שאלה אין קורצן ענין
#13 - קען א מאמע בעטן דעם אייבערשטן אנשטאט איר קינד?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, איך בין זיך זייער מחיה דערמיט, און כאטש וואס כ'פלעג אלץ רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז יעדע אידישע פרוי רעדט צום אייבערשטן אפילו מ'איז נישט קיין ברסלבער, אבער די שיעורים און דרשות געבן מיר פיל מער חיזוק זיך מער צו שטארקן צו בעטן דעם אייבערשטן.


מיין בחור לערנט אין א ישיבה, אבער ער מוטשעט זיך שטארק ברוחניות, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און פארשטייט זיך אז מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם, איך וויין אסאך צום אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, דער בחור אליין שפירט נישט אז עפעס פעלט אים, ער מיינט אז ער וויל פשוט הנאה האבן אויף דער וועלט, און ער כאפט נישט ווי ער גייט אויפ'ן וועג אראפ צום שאול תחתית, און ער וועט נישט בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך צוריק כאפן. איז די שאלה צי איך קען עס טון אנשטאט אים, אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אים אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אפלאזן די אלע שלעכטע כלים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט צו קוקן שלעכטע זאכן, ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איז דאס די זעלבע זאך ווען איך בעט אנשטאט אים? וועט דאס העלפן די זעלבע ווי ווען ער אליין וואלט ווען געבעטן פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די הוה אמינא צי עס העלפט תפילות פון א מאמע פאר אירע קינדער?! אלע גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט איז נאר ווייל זייערע מאמעס פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט תפילות צום אייבערשטן אויף אלע קינדער וועט איר זען פיל נחת ביי אלע פון זיי, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר דעם קינד וואס פאלט וכו', פאר אלע אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פועל'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט, אַזוֹי זָאל אָנְגֶעצִינְדְן וֶוערְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס לִיכְט אִין אַלֶע אִידִישֶׁע הֶערְצֶער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט, בִּפְרַט מַיין זוּן הַבָּחוּר ..., הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אִים אוּן עֶפְן אִים זַיין הַארְץ עֶר זָאל נָאר דִיר וֶועלְן, עֶר זָאל אָפְּלָאזְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן, עֶר זָאל הָאבְּן רֵיינֶע אוֹיגְן אוּן נִישְׁט קוּקְן דִי אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט זָאלְסְטוּ אִים לִיכְטִיג מַאכְן זַיין לֶעבְּן, עֶס זָאל אַרַיין גֵיין אִין אִים אַ רֵיינֶע גֵייסְט, אַ הֵיילִיגְקֵייט. מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפזעצן און אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו קוקן גוט אויף אים; זוכטס אויף גוטע נקודות אויף אייער זון נרו יאיר און מאכט דערפון אן עסק, ווייל געווענליך זוכט מען אלץ חסרונות אינעם קינד. ווען מען זעט עפעס וואס דער קינד דארף פאררעכטן האלט מען פאר דעם קינד, אבער ווען דער קינד טוט גוטס דעמאלט זאגט מען גארנישט, דער וועג איז נישט קיין וועג; קלוגע עלטערן מאכן פון יעדע גוטע נקודה אן עסק.


אז איר וועט קוקן גוט אויף אים וועט איר אים צוריק ברענגען אינגאנצן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


שטארקטס אייך אין תפילה, זייטס ממשיך מיט אייערע תפילות וועט איר זען גרויסע ניסים.

#12 - איך בין אן עלטערער בחור, און איך האב נישט מיט וועמען זיך צו חבר'ן
שידוכים, סגולות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, פון וואס איך שעפ אזויפיל חיות טאג איין טאג אויס. ובפרט פון די חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש אין יעדן מצב.


איך האב געוואלט פרעגן, איך לערן אין א ישיבה, אבער איך בין זייער נישט צופרידן דארט פאר אסאך סיבות. מיר זענען א גרופע פון עלטערע בחורים, און רוב בחורים מיט וועמען איך לערן איז נישט אזוי גוט זיך צו חבר'ן מיט זיי, און די ביסל וואס זענען יא גוט זענען נישט אזעלכע נארמאלע בחורים, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


פון איין זייט וויל איך לערנען אין א נארמאלע ישיבה מיט נארמאלע בחורים, און די יעצטיגע ישיבה איז נישט אזוי, אבער אויב וועל איך גיין ארבעטן ווייס איך אז דאס וועט נישט טויגן פאר מיר, איך וועל זיכער פאלן פון דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן ערליך און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין א חתן צו ווערן און אנהייבן לעבן א ערליכע לעבן; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט, אז אויב מען טוט דאס וועט מען זוכה זיין צו טרעפן א שידוך.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף - די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. ווען דו ענדיגסט דאס זאגן זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין שפראך, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליינס, עס איז מיר שווער צו זיין א בחור א פלג גוף, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א בחור וואס האלט זיך ערליך; דער אייבערשטער אליינס זאגט עדות אויף אים אז דאס איז א זאך וואס איז נישט דא אין דער וועלט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "שְׁלֹשָׁה מַכְרִיז עֲלֵיהֶן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל יוֹם וכו'", דער אייבערשטער איז מכריז אין הימל אויף בחורים וואס האלטן זיך ערליך; ווער רעדט נאך ווען מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, מען בעט אים א שידוך; פון דעם ווערט א גרויסע רעש אין הימל ביז מען איז זוכה און מען ברענגט אים זיין שידוך.


בנוגע דיין שאלה מיט חברים וכו'; איך בעט דיר זייער, אנטלויף פון די חברים וואס רעדן ניבול פה און גייען אין שלעכטע פלעצער השם ישמרינו, מיט דעם וואס דו וועסט נישט רעדן קיין ניבול פה וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, און פארקערט אויך, אז מען רעדט ניבול פה באקומט מען א שטראף אז מען טרעפט נישט קיין שידוך, אזוי זאגט דער הייליגער מהרש"א (כתובות ח: דיבור המתחיל "על כן על בחוריו): "שֶׁהָעוֹנֶשׁ מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, לְפִי שֶׁהַבַּחוּרִים מְנַבְּלִים פִּיהֶם וכו', יָבֹא לָהֶם הָעֹנֶשׁ בְּבַחוּרִים הַמַּגִּיעִים לְפֶרֶק הַחֻפָּה שֶׁלֹא יִשְׂמְחוּ בָּהֶם", דער אייבערשטער שטראפט מדה כנגד מדה; אויב בחורים רעדן ניבול פה רחמנא לצלן וועלן זיי נישט זוכה זיין זיך צו פרייען ביי זייער חופה, עיין שם.


ענדערש חבר זיך מיט די בחורים וואס הייסן נישט נארמאל ווי איידער צו האבן שייכות מיט די קלוגע בחורים וואס רעדן פון עבירות; געדענק וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהלל האט געזאגט פאר די חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", איך וועל ענדערש זיין א שוטה מיין גאנץ לעבן ווי צו זיין פאר איין מינוט א רשע פארן אייבערשטן; שלעכטע חברים קענען אומגליקליך מאכן דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים און דו זאלסט טרעפן דיין זיווג הגון בקרוב.

#11 - בין איך אפשר ארויסגעפאלן פון די ליסטע פון שידוכים?
שידוכים, סגולות, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 21 יאר, און איך בין שוין אינגאנצן מיואש, איך גלייב נישט אז איך וועל נאך אמאל א חתן ווערן. יעדן צווייטן טאג ווערן נאך א בחור אין מיין ישיבה א חתן, בחורים וואס זענען א יאר צוויי יונגער פון מיר, און נאר איך בלייב זיצן אין ישיבה. איך ווייס אז אלעס איז באשערט פון הימל, אבער איך שפיר אז איך בין עפעס ארויסגעפאלן פון די ליסטע פון שידוכים.


איך בין זייער צעבראכן, א טאג וואס מיין חברותא קומט נישט, בלייב איך שלאפן ביז חצות און איך דאווען ביחידות. בעצם בין איך א גוטער בחור, און איך קען זיך אליין נישט גלייבן אז איך בין אנגעקומען צו אזא מצב, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל אנקומען צו דעם. פון אינדרויסן דערקענט מען גארנישט אויף מיר, אבער אינעווייניג בין איך צעבראכן אינגאנצן, איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


איך האב געהאט לעצטנס אפאר נסיונות צו קוקן מאוויס און איך האב זיך ב"ה איינגעהאלטן. איך ווייס אז יעדעס מאל איך האלט זיך איין פון צו טון עבירות בין איך אין די מדריגה פון יוסף הצדיק, אבער דאס באפרידיגט מיר נאכנישט, איך האב אזוי סאך נסיונות יעדן טאג און איך האלט עס מער נישט אויס, מאין יבוא עזרי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין לערנען און דאווענען און אזוי ווייטער; וויסן זאלסטו אז יעדער איינער האט א שידוך, דו וועסט אויך א חתן ווערן, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות אויס צו ווארטן ביז דער אייבערשטער העלפט.


טו די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים", בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג אינעם זכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליין - א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען יעדן טאג צום אייבערשטן, אים בעטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכמאל ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שוין באגליקן מיט דיין שידוך.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג און עס ריקט זיך גארנישט; דו טראכסט כל מיני מחשבות וואס וועט זיין, 'אפשר וועל איך שוין אזוי בלייבן', 'ווער וועט מיר נעמען?' – און אזוי ווייטער, די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אלע בחורים.


אלע בחורים טראכטן דאס פאר זיי טרעפן זייער שידוך, אבער דו טראכט נישט אזוי; טראכט גוט, ווארט אויס פאר דיין ישועה און טו וואס דו האסט צו טון. פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


בנוגע דאס וואס דו האסט נסיונות צו קוקן מאוויס, די בעסטע זאך פאר דעם איז אז דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין משניות; ווער עס זאגט משניות ווערט אפגעהיטן פון אריין פאלן אין גיהנום.


דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם מדרש תלפיות (עמוד מא): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהינום, קומט אשר בן יעקב און פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב האט דער מענטש געלערנט משניות טראגט ער אים אריין אין גן עדן. דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש וואס האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער זוכה זיין צו גן עדן; דאס איז נישט נאר לאחר הפטירה דאס איז נאך יעצט ווען מען לעבט. ווען א מענטש לערנט משניות היט עס אים אפ פון די מלאכי חבלה וואס ווילן אים אוועק שלעפן פונעם אייבערשטן, דערפאר אז דער יצר הרע וויל דיר שלעפן צום טיר פון גיהנום, ער וויל דיר ווייזן עבירות רחמנא לצלן, זאלסטו שוין אנהייבן צו לערנען משניות וועט דאס דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען די משניות אן פארשטיין; זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה ווייל דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.

#10 - וואס טו איך אז איך קען נישט רעדן צום אייבערשטן, זייענדיג אזוי צעבראכן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך געשריבן א שאלה איבער דעם וואס איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע אז איך נאך א כלה ווערן, נאכדעם וואס איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיר. יישר כח פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען מיט די עצות און חיזוק.


למעשה זענען אבער דא טעג וואס איך שפיר זיך ממש פארלוירן און איך בין זייער דעפרעסט. איך שפיר אז קיינער פארשטייט מיר נישט, און איך האב קיינעם נישט אין מיין לעבן. איך ווייס נישט פארוואס איך שטיי אויף אינדערפרי, און איך בין ממש אינגאנצן פארלוירן. איך קוק אן די וועלט אלס גאר א שלעכטע און טונקעלע פלאץ, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר איבערגעלאזט און ער דארף מיר מער נישט האבן.


אין אזא צייט, ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, קען איך ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים. ווי אזוי קען איך זיך האלטן שטארק און נישט ווערן צעבראכן פון די אלע שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער?


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין. א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגסטן מענטש מיט שווערע נסיונות; עס איז נישט דא קיינער אויף דער וועלט וואס זאל נישט אריבער גיין שווערע ביטערע נסיונות - אלעס ווייל מען וויל זען פון הימל צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה, אויב מען וועט אויפגעבן אדער מען וועט זיך ווענדען צום אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא"? ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


פרובירט מיט אלע אייערע כוחות זיך צו שטארקן אין די הייליגע אמונה; אמת, עס איז אייך זייער שווער, איר ווילט חתונה האבן אבער איר האט נאך פאר זיך עטליכע געשוויסטער וואס דאס מאכט אייך זייער צעבראכן, אבער מיט דעם אלעם דארפט איר קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


אזוי זאלט איר טון; איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און ווי מער איר וועט אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אייך וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן און עס וועט אייך בעסער ווערן. און איינמאל אייער הארץ וועט זיין אפן וועט איר שוין קענען גוט וויינען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות כלאי בהמה, הלכה ד, אות ו): מיר געפונען ביי דוד המלך אז ווען זיין זון אבשלום האט אים געוואלט הרג'נען האט ער געזינגען דעם קאפיטל (תהלים ג): "מִזְמוֹר לְדָוִד: בְּבָרְחוֹ, מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ", און גלייך נאכדעם הייבט ער אן שרייען און וויינען: "ה', מָה-רַבּוּ צָרָי", באשעפער, איך האב אזויפיל צרות, "רַבִּים קָמִים עָלָי", אסאך מענטשן ווילן מיר שלעכטס טון, "רַבִּים אֹמְרִים לְנַפְשִׁי: אֵין יְשׁוּעָתָה לּוֹ בֵאלֹקִים סֶלָה", אלע זאגן מיר אז איך האב שוין נישט קיין שום תקנה; לכאורה איז דאס זייער אינטערעסאנט - אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם הייבט ער אן וויינען? נאר די הסבר איז אז ווען א מענטש גייט אריבער א צרה איז ער אין א גרויסע סכנה, ווייל חוץ פון די צרה אין וואס ער געפונט זיך קומט נאך צו שלעכטע מחשבות. ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער דארף אים נישט און אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס חס ושלום, דאס מאכט אז ער זאל נישט קענען רעדן צום אייבערשטן, - אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו: "איך קען ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים"; - דאס אלעס איז דוד המלך אריבער געגאנגען ווען ער האט געהאט די ביטערע צרות, דערפאר האט ער אנגעהויבן צו זינגען צום אייבערשטן דורכדעם וואס ער האט געטראפן אינעם צרה אפילו א פינטעלע גוטס, און גלייך נאכדעם ווען ער האט אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אים, האט זיך אים זיין הארץ געעפנט און ער האט געקענט אנגעהויבן צו בעטן; אזוי איז געבויט רוב ספר תהילים, עס הייבט זיך אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם א געבעט.


אזוי זאלט איר אויך טון, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ הָאבּ אַלֶעס גוּטְס. אַזוֹיפִיל מֶענְטְשְׁן זֶענֶען נֶעבֶּעךְ נִישְׁט גֶעזוּנְט אוּן לִיגְן אִין שְׁפִּיטָאל הַשֵּׁם יִשְׁמְרֵנּוּ, אוּן מִיר הָאסְטוּ גֶעגֶעבְּן אַ גֶעזוּנְטֶע לֶעבְּן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ בֶּעט דִיר הֶעלְף מִיר! אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל שׁוֹין אוֹיפְשְׁטֶעלְן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁטוּבּ; אִיךְ וַוארְט שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אוֹיף מַיין זִיווּג. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיינֶע גֶעשְׁוִויסְטֶער אַז מִיר זָאלְן אַלֶע טְרֶעפְן בְּקָרוֹב שִׁידוּכִים; אִיךְ פַארְלָאז מִיר נָאר אוֹיף דִיר!"; אזוי זאלט איר שטענדיג טון, קודם דאנקען בפרטיות פאר אלעס וואס דער אייבערשטער גיבט אייך און נאכדעם זאלט איר בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג הגון בקרוב.

#9 - פארוואס בין איך נאכנישט קיין חתן?
שידוכים, יבנאל, קדושה, מוהרא"ש, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, 21 יאר אלט, און איך בין נאכנישט א חתן געווארן. איך האב נישט קיין שום פראבלעם וואס איך קען טראכטן אז דאס זאל שטערן מיין שידוך, און פון דעסט וועגן האב איך נאכנישט געטראפן מיין שידוך.


ס'מוז זיין אז ס'דא עפעס וואס שטערט דא, וואס קען איך טון דערצו? זאל איך איבערבעטן די גאנצע וועלט ווייל אפשר האב איך איינעם געטשעפעט? זאל איך גיין צו מקובלים פאר א תיקון? וואס נאך קען איך טון?


איך האב זיך פארגענומען נישט פוגם צו זיין בברית פאר 40 טעג, איך האלט שוין ביים פערטן טאג, אבער איך ציטער אז איך גיי דורכפאלן, וואס קען איך טון?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן אן עצה.


א גרויסן יישר כח, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די צער וואס דו גייסט אריבער אז דו האסט נאך נישט געטראפן דיין שידוך, בשעת וואס אלע חברים פון דיין כיתה האבן שוין זוכה געווען חתונה צו האבן; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט איבער בעטן די גאנצע וועלט וכו'; אויב האסטו וויי געטון א צווייטן זאלסטו אים אודאי איבער בעטן. מאך זיך א חשבון הנפש, גיי אדורך דיינע יארן און דערמאן זיך אויב דו האסט איינעם וויי געטון און זאלסט יענעם איבער בעטן, ווייל אז מען טוט וויי א צווייטן באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


דאס וואס דו ווילסט וויסן צי דו זאלסט גיין צו מקובלים וכו'; איך וואלט דיר גע'עצה'ט דו זאלסט פארן קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


מוהרא"ש האט געטייטש דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א ווייט פון זיין א מקובל; אז דו זוכסט מקובלים איז דער גרעסטער מקובל מוהרא"ש וואס האט זיין גאנצע לעבן נאר גערעדט פונעם אייבערשטן און פון תפילה, ער האט נישט פארנארט קיינעם מיט קבלה לשונות אזוי ווי אלע בלאפערס וואס נארן אפ אידישע קינדער מיט קבלה; דעריבער זאלטו זיך אריבער כאפן קיין יבניאל וועסטו זיכער טרעפן דיין שידוך בקרוב.


בנוגע פערציג טעג וכו'; מיר דארפן טון דעם רצון השם נישט ווייל נעכטן האב איך געדינט דעם אייבערשטן אדער צוליב מארגן, נאר יעדן טאג דארף מען טון מצוות ומעשים טובים און זיך היטן פון עבירות. אז מען איז אראפגעפאלן אין עבירות דארף מען תשובה טון און אז מען טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה און איז מוחל דעם מענטש אויף וואס ער האט געטון, נאכדעם דארף דער מענטש זיך ווייטער היטן פון עבירות. עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון האלטן חשבון און נאר אויף דעם תנאי זיין א איד.


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#8 - ווי אזוי קען א מיידל ארויסקריכן פון איר שווערע עבר?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך הער די שיעורים יעדן טאג, און דאס איז וואס מאכט מיר פאר א איד.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר זאגט כסדר אז ווען מען לערנט תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, נעמט דאס ארויס דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטע זאכן וואס ער האט געטון אין די פארגאנגענהייט, און ס'בויעט אים אויף צו זיין א מענטש און א איד ווי עס דארף צו זיין.


וויל איך וויסן ווי אזוי א מיידל קען זוכה זיין צו דעם, זי קען דאך נישט לערנען תורה. איך פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך גאנץ תהלים, ווייל איך האב געהערט אויף די שיעורים אז דאס קען העלפן פאר א מיידל, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן אינגאנצן ארויסקריכן פון מיין שווערע פארגאנגענהייט. גלייכצייטיג רעד איך צום אייבערשטן יעדן טאג, און איך זע אויך נישט אז איך זאל אינגאנצן געהאלפן ווערן דורך דעם, וואס איז יא די עצה פאר מיר געהאלפן צו ווערן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעדע איד קען תשובה טון און אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן; נישט קיין חילוק וואס מען האט געטון אינעם עבר קען מען אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.


וואס טוט דער יצר הרע אז מענטשן זאלן זיך נישט צוריק קערן צום אייבערשטן? ער קומט צום מענטש מיט זיין עבר און האקט אים אין קאפ: "דו ביסט ממילא גארנישט"; "דו האסט געטון דאס און דאס"; ביז דער מענטש ווערט אזוי צעבראכן אז ער קערט זיך צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים. דערפאר ווען א מענטש וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן דארף מען אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן.


מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט נאר שטענדיג פארגעסן וואס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.


וואויל איז אייך אז איר האט אפגעלאזט אלע אייערע שלעכטע מעשים און איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען מען טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ - ביזן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הייב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.


שטארקט אייך ווייטער מיטן זאגן תהילים; ביי אונז אין סקול זאגן אלע מיידלעך דעם 'יום תהילים' יעדן טאג. תהילים איז מסוגל לתשובה, עס ברענגט צוריק צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, אויך ליגט אין תהילים אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה.

#7 - ווי אזוי קען איך ליב האבן מיין ווייב, ווען זי איז נישט אזוי אהערגעשטעלט?
שלום בית, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיר נישט, אבער איך קען אייך יא, איך הער אסאך אייערע שיעורים און דאס לייכט מיר אויף מיין לעבן, עס געבט מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין אין סיי וועלכע מצב אין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן.


איך האב ב"ה זוכה געווען צו זייער א געלונגענע וואוילע און גוטע ווייב, מיר האבן שוין עטליכע ליכטיגע קינדער קע"ה, מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז נישט אזוי שיין אהערגעשטעלט, און איך הער נישט אויף טראכטן אז איך וויל האבן א שיינע ווייב, אנגעטון שיין מיט א שייטל וכו'.


די מחשבות לאזן מיר נישט צורוה, און איך ווער משוגע פון דעם. איך טראכט וואס איך וואלט געקענט טון דערצו, פאר מיינע עלטערן וואלט איך קיינמאל נישט געקענט זאגן אז איך דארף א שידוך מיט א שייטל, ווייל זיי וואלטן דאס נישט אויסגעהאלטן, און וואס קען איך יעצט טון? אפשר דארף איך איר יעצט בעטן אנצוטון א שייטל און זיך שיין אהערשטעלן? אפשר אזוי וועט דאס מיר בארואיגן און איך וועל האבן א גוט לעבן?


ביטע ליינט איבער מיין שאלה מיט ישוב הדעת, און ענטפערט מיר מיט לאגיק און געפיל, מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו קענען העלפן אידישע קינדער אייער גאנץ לעבן מיט הרחבת הדעת.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט יעדע שאלה קען מען ענטפערן בכתב, בפרט ווען מען קען נישט דעם מענטש וכו', נאר מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר נישט ענטפערן אבי מיט א חז"ל נאר מיט לאגיק און הארץ וכו'; וויסן זאלסטו אז ביי אידן איז נישט דא קיין לאגיק, ביי אונז אידן איז נאר דא וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס די תורה זאגט און וואס אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן.


ר' נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קטז): "אֶחָד הָיָה מְדַבֵּר עִמּוֹ, וְהָיָה מְשַׁבֵּחַ אֶת אִישׁ אֶחָד שֶׁמִּתְנַהֵג בְּיֹשֶׁר, וְאָמַר עָלָיו בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה הוּא 'אָרִינְטְלִיךְ'", א איד האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אויף איינעם אז יענער איז זייער אן 'ארינטליכער מענטש', "עָנָה הוּא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה וְאָמַר: שֶׁעַל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי אֵין שַׁיָּךְ לוֹמַר אָרִינְטְלִיךְ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: אויף א איד איז נישט שייך צו זאגן 'ער איז ארינטליך', "כִּי אֻמּוֹת הָעוֹלָם יֵשׁ לָהֶם הַנְהָגוֹת נִימוּסִיּוּת, מַה שֶּׁהַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר מְחַיֵּב, שֶׁזֶּה נִקְרָא אָרִינְטְלִיךְ", ביי גוים איז שייך צו זאגן 'ארינטליך' ווייל זיי פירן זיך מיט שכל און לאגיק, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת שֶׁהֵם מִצַּד דֶּרֶךְ אֶרֶץ מַה שֶּׁהַיֹּשֶׁר וְהַשֵּׂכֶל מְחַיֵּב, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת אֵין עוֹשִׂין מֵחֲמַת דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִצַּד חִיּוּב הַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר, רַק מִגְּזֵרַת הַמֶּלֶךְ הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ שֶׁצִּוָּה עָלֵינוּ בְּתוֹרָתוֹ לַעֲשׂוֹת כָּךְ", אבער ביי אונז אידן איז נישט שייך צו זאגן אז מיר פירן זיך מיט שכל און לאגיק, ווייל אפילו די מצוות וואס דער שכל איז מחייב טוען מיר אויך נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל מסביר געווען פאר אן אפיקורס דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יג:): "אָמַר רַב יִצְחָק, קָשָׁה רִמָּה לְמֵת כְּמַחַט בְּבָשָׂר הַחַי", עס טוט וויי פארן טויטן מענטש ווען די ווערים בייסן אים אזוי ווי עס טוט וויי פאר א לעבעדיגע מענטש ווען ער כאפט א שטאך פון א נאדל; ר' נתן האט דאס אים ערקלערט מיט שכל וכו', שפעטער האט זיך ר' נתן אנגערופן פאר זיינע תלמידים וואס זענען געווען דערביי: "דאס וואס איך האב מסביר געווען פריער דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז פאר אים וואס ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטער, אבער איר זאלט וויסן אז: "וואס חז"ל זאגן דאס זאגט 'גאט'".


דאס זעלבע זאג איך דיר: דו דארפסט תשובה טון אויף דעם וואס דו שרייבסט "מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל" און דו ווילסט הערן א תשובה פון לאגיק און הארץ, ווייל נאר וואס חז"ל זאגן אונז דאס איז שכל און פארשטאנד.


יעצט צו דיין שאלה. דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן, דו שרייבסט אז דו האסט זוכה געווען צו א געלונגענע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער עס שטערט דיר איר אויסזען וכו', דו ווילסט האבן א ווייב וואס דו האסט נישט, א זאך וואס איז ציענדיג ווי לאנג מען האט עס נישט.


וויסן זאלסטו אז ליבשאפט וכו' האט נישט נאר מיטן אויסזען, הער אויס וואס די הייליגע חז"ל זאגן (סוטה מז.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן שְׁלֹשָׁה חִינוֹת הֵן", דריי סארט חן האט דער אייבערשטער באשאפן, איינע פון די דריי איז: "חֵן אִשָׁה עַל בַּעְלָהּ", אז א פרוי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; זאגט רש"י (דבור המתחיל "חן האשה"): דער אייבערשטער מאכט: "אֲפִילוּ הִיא מְכֹעֶרֶת נוֹשֵׂאת חֵן בְּעֵינָיו", אפילו א מיאוס'ע פרוי מאכט דער אייבערשטער זי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; דער אייבערשטער מאכט אז עס זאל זיין חן צווישן מאן און ווייב אזוי קען די וועלט אנגיין. אין אנהייב ציט נאר דאס אויסזען און צוביסלעך בויעט מען אויף א שטארקע טיפע ליבשאפט איינער צום צווייטן און מען ציט אויף קינדער און אייניקלעך, דער ליבשאפט ווערט שטערקער און טיפער ווי דאס ליבשאפט וואס האט זיך אנגעהויבן נאר פונעם אויסזען.


פארשטייט זיך אז דאס אלעס קען נאר ארבעטן אז מען היט זיך די אויגן, ווייל אז מען האט נישט קיין שמירת עינים ווערט מען קיינמאל נישט זאט, אזוי ווי חז"ל דערציילן (תמיד לב:): דער גרויסער קעניג אלכסנדר מוקדון איז אמאל אנגעקומען צום טויער פון 'גן עדן', ער האט געקלאפט אויפן טיר מען זאל אים עפענען, האט מען אים געזאגט (תהלים קיח, כ): "זֶה הַשַּׁעַר לַה' צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ", דעם טיר עפענט מען נאר פאר ערליכע אידן, דא קומען אריין נאר צדיקים; האט ער זיך געבעטן: "איך בין דאך א קעניג, עפענט מיר", האט מען אים געעפענט די טיר. ער האט געבעטן מען זאל אים געבן עפעס פון 'גן עדן', זאגן חז"ל: "יְהַבוּ לֵיהּ גּוּלְגָּלְתָּא חֲדָא", האט מען אים געגעבן א שטיינדל. ער האט געוואלט וויסן ווי חשוב דער שטיין איז, ווי סאך דאס וועגט, "אַתְיָיהּ תַּקְלֵיהּ לְכוּלֵּיהּ דַּהֲבָא וְכַסְפָּא דִּידֵיהּ בַּהֲדֵיהּ לֹא הֲוָה מַתְקָלֵי", האט ער גענומען דעם שטיינדל און עס געלייגט אויף איין זייט פונעם וואגשאל און זיין גאנצע גאלד און זילבער אויף די אנדערע זייט, און דער שטיינדל האט אלץ אראפ געוואויגן, ער האט זיך זייער געוואונדערט וואס דאס איז, "אָמַר לְהוֹן לְרַבָּנָן מַאי הַאי", איז ער געקומען צו די הייליגע חז"ל און זיי געפרעגט וואס איז פשט פון דעם שטיינדל וואס וועגט מער פון אלעס? "אָמְרִי, גּוּלְגָּלְתָּא דְּעֵינָא דְּבִישְׂרָא וְדָמָא דְּלֹא קָא שָׂבַע", האבן אים די הייליגע חכמים ז"ל געזאגט: דאס איז נישט קיין שטיינדל, דאס איז אן אויג פון א מענטש וואס ווערט נישט זאט, נאר וואס ער פארמאגט דארף ער אלץ נאך, "אָמַר לְהוּ מִמַּאי דְּהָכִי הוּא?" אלכסנדר מוקדון האט נישט געגלייבט די חכמים, האט ער זיי געבעטן זיי זאלן אים אויפווייזן אז עס איז טאקע אזוי, האבן די חכמים גענומען א שטיקל שארב און עס ארויף געלייגט אויפן אויג, און די וואגשאל האט זיך גלייך אראפ געלייגט אויף די אנדערע זייט, האבן זיי אים געוויזן מיט דעם אז ווי לאנג א מענטש לעבט און די אויג איז אים אפען, גלוסט ער פאר זאכן וואס ער האט נישט, אבער איינמאל מען שטארבט און מען דעקט צו די אויג מיט א שארב דעמאלט דארף מען שוין גארנישט.


עס איז נישט קיין פראבלעם אז דיין ווייב זאל זיך שיין מאכן פאר דיר; אפילו אין גאס צווישן מענטשן גייט זי אנגעטון ווי זי האט געזען ביי אירע עלטערן, דאך קען זי זיך אהערשטעלן פאר דיר וכו', אבער מיין נישט פאר קיין איין רגע אז דער וואס האט שוין וואס ער חלומ'ט זיך דער האט נישט קיין נסיונות; טראכט נישט אז די וואס האבן א פרוי וואס גייט ווי דו משל'סט זיך אויס די זענען צופרידן, ווייל ליבשאפט צו די ווייב קומט נאר אויב מען פירט זיך מיט יראת שמים. נאר ערליכע אידן האבן שלום בית, נאר די וואס לעבן מיט די תורה האבן ליב זייער שטוב; דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן און מען לעבט ווי די תורה זאגט דעמאלט איז דא שלום בית.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער און דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע מעלות וואס דיין ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד): ווען דער אייבערשטער מאכט שידוכים נעמט ער ארויס געפאנגענע פון זייער תפיסה, א בחור און א מיידל פאר זיי האבן חתונה זענען זיי אין זייער תפיסה, און ווען דער אייבערשטער מאכט פאר זיי א שידוך נעמט ער זיי ארויס פון זייער געפענגעניש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", פרעגן חז"ל: וואס מיינט "בַּכּוֹשָׁרוֹת"? נאר דאס זענען צוויי ווערטער: "בְּכִי" וְ"שִׁירוֹת"; איינער וויינט און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן.


אן ערליכער איד דאנקט יעדן אינדערפרי דעם אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט, יישר כח אייבערשטער אז איך האב א ווייב, יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אליין, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב איז געזונט, יישר כח אייבערשטער אז מיר האבן קינדער, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב טראגט די אחריות אויף די קינדער"; און מען בעט אויף ווייטער: "העלף מיר אייבערשטער אז מיר זאלן אויפשטעלן אינאיינעם ערליכע אידישע דורות, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זען איינער אויפן צווייטן נאר די מעלות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא עפעס הנאה פון עולם הזה, איך זאל געדענקען אז דער לעבן גייט אריבער, אז נאך אביסל גיי איך שוין צוריק צו דיר און נאר די ערליכע דורות וועט איבערבלייבן פון מיר".


זאג דיר אליינס די מעלות פון דיין ווייב, וועט אריין גיין ליבשאפט אין דיר; הער שכל וואס די חז"ל זאגן אונז (כתובות יז.), די בית הלל זאגן אז מען זאל זאגן פאר יעדן חתן: "דו האסט באקומען א שיינע ערליכע כלה", פרעגט די גמרא אויב די כלה איז א הינקעדיגע אדער א בלינדע איז דאס דאך ליגנט, ווי מעג מען זאגן ליגנט? זאגן חז"ל אז כדי צו מאכן שלום מעג מען אפילו עס איז נישט אמת; אפילו זי האט א פעלער זאל מען איר אויסלויבן אזוי וועט דער חתן איר ליב האבן.


זעט מען פון דעם אז אפילו א מענטש איז פול מיט חסרונות, אויב זאגט מען אים אז דאס איז גוט און שיין ווערט עס אין זיינע אויגן שיין און גוט; דאס זעלבע קען מען זיך אליינס אויסלויבן, מען דארף זיך אליינס זאגן אלע מעלות וואס מען האט און אלע מעלות וואס די ווייב האט, אזוי וועט מען האלטן פון זיך און פון די ווייב.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל ווי אזוי זיך צו פירן, וועסטו האבן דעם 'גן עדן' אויף דער וועלט.


א גוט יום טוב.

#6 - איך פארשטיי זיך נישט מיט מיין מאן, ווי אזוי קען מען מאכן שלום אין שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט מיט מיין מאן פאר 6 יאר, מיר האבן ב"ה א קינד, בערך 2 יאר אלט, אויך וועמען מיר האבן געווארט אסאך יארן. איך האב ב"ה געלעבט מיט מיין מאן זייער גוט אין די לעצטערע יארן, ביז ווען לעצטנס האט זיך עס געטוישט, ס'האט זיך אנגעהויבן אסאך קריגערייען צווישן אונז. דאס איז סתם אזוי א גרויסער פראבלעם, און נאך מער אז דאס קינד דארף זיך צוקוקן צו דעם.


מיין פראבלעם איז אז מיר פארשטייען זיך נישט, מיין מאן הערט מיר נישט אויס געהעריג, איך קען צומאל רעדן צו אים און ער הערט אפילו נישט וואס איך זאג, ער טענה'ט אז איך מאך אים קאפ ווייטאג ווען איך רעד צו אים.


למעשה ברעכט אויס זייער אסאך מאל שרייערייען און קריגערייען ביי אונז אין שטוב, אסאך מאל איז עס ממש פאר נארישקייטן, און אסאך מאל ווייל ער הערט זיך נישט צו צו מיר, וואס קען איך טון צו מאכן צוריק שלום ביי אונז אין שטוב, אז מיין מאן זאל מיר אויסהערן און מיר זאלן זיך פארשטיין. ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל נישט שרייען ווען ער הערט מיר נישט אויס, נאר איך זאל אים קלאר מסביר זיין וואס ס'שטערט מיר און וואס ער טוט נישט גוט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס ער טוט נישט ריכטיג.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל, און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק, און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגעלע', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל', זעט מען א זויערע פנים.


די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס; ער האט נישט ליב ווען מען שרייט אויף אים און ווען מען זאגט אים אריין. דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן מיט א ווייכע קול, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהייבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה, וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי ווען מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייך און מען קען ביי אים אלעס פועל'ן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט, בעטס פונעם אייבערשטן אז איר מיט אייער מאן זאלן זיך פארשטיין; בלייבט שטיין ביי די שבת ליכט, נעמט נישט אראפ אייערע הענט פון פנים און בעט:


"רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן א שיינע לעבן מיט מיין מאן, העלף אז מיר זאלן זיך פארשטיין אין זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך זאל קיינמאל נישט שרייען אויף אים און איך זאל אים נישט וויי טון. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיין מאן זאל מיך אויסהערן ווען איך רעדט צו אים, מיין מאן זאל מיר ווייזן אז ער האט מיר ליב, ער זאל ווייזן אינטערעסע אין מיר און ער זאל מיר קיינמאל נישט טשעפען.


הייליגער באשעפער! איך בענק מיך צוריק צו מיינע יארן נאך די חתונה ווען מיר האבן געלעבט אזוי גליקליך, איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט לעצטנס, מיר האלטן זיך אין איין קריגן, העלף מיר טאטע זיסער עס זאל זיין שלום צווישן אונז".


איך האב אייך געשריבן בלויז אפאר ווערטער וואס צו בעטן, אבער דער עיקר זאלט איר אליינס בעטן וואס ליגט אייך אנגעלייגט אויפן הארץ, וועט איר זוכה זיין צו לעבן אזוי ווי נאך ענקער חתונה - און נאך בעסער.


איך זאג אייך נאכאמאל: אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט די מצב נאר ערגער ווערן, אבער אז איר וועט רעדן שיין צו אים וועט ער ליב האבן צו שמועסן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.

#5 - איך בעט אזוי סאך וועגן מיינע אלערדזשיס, וואו גייען אלע תפלות?
רפואה, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אלערזשיק צו מילכיגס, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך זאל שוין קענען עסן מילכיגס, איך שפיר אבער ווי מיינע תפלות גייען צו די לופט, עס רוקט זיך גארנישט. איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון אז איך זאל שפירן אז דער אייבערשטער הערט מיר יא אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו וואס ר' נתן האט אונז אויסגעלערנט; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


געוואוין זיך צו צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; דאנק אים אז דו ביסט געזונט, דאנק אים אז דו קענסט עסן פלייש און פיש; וויפיל מענטשן ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט עסן נאר דורך אינטערווינעס - דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן פון דעם, אז דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער זאגן פאר די מלאכים: "קוקט אויף דעם מענטש וואס דאנקט מיר און לויבט מיר, לאמיר אים געבן נאך גוטס".


א איד טאר נישט זאגן: "מיינע תפילות גייען צו די לופט"; קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד, נאר יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן. קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב): "וְיֵשׁ מֵעַמֵּנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁטּוֹעִים, חַס וְשָׁלוֹם, בְּלִבָּם, שֶׁכָּל הַתְּפִילּוֹת הֵם לָרִיק", עס זענען דא מענטשן וואס זענען זיך טועה און מיינען אז אלע תפילות וואס מען בעט גייט צו די לופט, "אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כֵּן, אֶלָּא סַלְקִינָן וַאֲפִינָן וּבַשְׁלִינָן, הַיְנוּ כָּל הַתְּפִילּוֹת סַלְקִינָן וְעוֹלִין", עס איז נישט אזוי, נאר אלע תפילות גיין ארויף אויבן צום אייבערשטן.


דו בעט ווייטער דעם אייבערשטן זאלסט קענען עסן מילכיגס, און אנשטאט נאר בעטן, זאלסטו קודם דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דו קענסט יא עסן - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק, איך לויב דיר אז איך קען עסן געזונטע עסן. יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אין שפיטאל באהאפטן צו אינטערווינעס; מיין לעבן איז מיר אזוי גוט, וויפיל איך וועל דיר דאנקען וועל איך נישט קענען אנהייבן דיר צו דאנקען אפילו אויף איין פינטעלע גוטס וואס דו געבסט מיר; דו ביסט אזוי גוט צו מיר, איך האב דיר אזוי ליב אייבערשטער.


איך בעט דיר זייער אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען עסן אלע סארט עסן, איך זאל אויך קענען עסן מילכיגס און עס זאל נישט שאטן פאר מיין געזונט. רבונו של עולם! ווייז מיר אז דו הערסט אויס מיינע תפילות, באווייז דיך פאר מיר, איך וויל שפירן ווי מיינע תפילות ווערן אנגענומען", אזוי זאלסטו דאנקען און בעטן דעם אייבערשטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


איך ווארט זאלסט מיר שרייבן אז דו קענסט שוין עסן מילכיגס.

#4 - וואס איז דער סדר פון מאכן התבודדות?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך האב געהערט אסאך פון אייך איבער דעם ענין פון "התבודדות", אז נאר דאס איז די עצה ארויסצוקריכן פון אלע פראבלעמען, איך האב אבער א פראבלעם אז איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו טון, איך האב געליינט אין א ספר דער גאנצער סדר פון התבודדות, קודם דאנקען, נאכדעם א תפלה אויף התבודדות, תפלה אויף אלע אידישע קינדער, חשבון הנפש, און עת רצון; און דאס פארשווערט מיר זייער דאס מאכן התבודדות, ווייל איך קען נישט טון דעם גאנצן סדר, איך שפיר אז התבודדות איז פשוט רעדן צום אייבערשטן פון הארץ ארויס.


ווי איך וויסן אויב דאס ווערט אויך גערעכנט פאר התבודדות, ווען מ'רעדט זיך פשוט אויס צום אייבערשטן די אייגענע געפילן, אדער נאר ווען מ'טוט דעם גאנצן סדר אזוי ווי איך האב געליינט אין יענעם ספר.


איך שפיר אז דער סדר האלט מיר צוריק פון קענען תשובה טון אויף מיינע שלעכטע מעשים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט רעדן צום אייבערשטן ווי אזוי איר ווילט; קוקט נישט אויף א צווייטן, נאר רעדט צו אים אזוי ווי איר וואלט זיך אויסגערעדט צו א גוטע חבר'טע, קוקט נישט אויף קיינעם און הערט נישט צו קיינעם, רעדט צום אייבערשטן ווי עס שיינט אייך. די גאנצע זאך פון התבודדות איז אז דער מענטש ווערט באהאפטן מיטן אייבערשטן, ער שמועסט מיטן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט זיך אויסגעשמועסט מיט א נאנטע חבר.


ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט ר' נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס אויסדערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס אויסדערציילן".


ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי דיפרעסט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל ארויס גיין פון מיין דיפרעשן, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך. איך האב נישט קיין כח מער צו גארנישט, איך וויל זיין געזונט און שטארק, געב מיר פרישע כוחות איך זאל קענען אנגיין אין לעבן.


רבונו של עולם! זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע נישט גוטע מעשים וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אז איך גיי זיין וואויל, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, איך גיי מער נישט קוקן קיין שמוץ, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע מעשים וואס איך האב געטון, איך בין אזוי צעבראכן; קוק צו מיין צער און פיין, זאל דאס זיין א כפרה אויף אלע מיינע מעשים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק.

#3 - ווי אזוי קען איך זיך ברענגען צו וואשן נעגל וואסער?
התחזקות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געטראפן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געגעבן לעבן, און מיר געברענגט נענטער צום אייבערשטן. א גרויסן יישר כח.


דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון נעגל וואסער, דאס איז באמת א זאך וואס וואלט געדארפט זיין פון זיך אליין אין יעדע אידיש הויז, למעשה דארף איך אבער חיזוק אויף דעם.


מיין מאן וואשט זיך נעגל וואסער יעדן טאג, איך אבער נישט. איך ווייס נישט פארוואס דאס קומט מיר אן אזוי שווער, ווען איך הער א שיעור וועגן דעם, מאכט דאס מיר צוגרייטן פאר א וואך, אבער דעמאלט פארגעס איך שוין ווייטער. אפשר קענט דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן אין זיך וואשן נעגל וואסער יעדן אינדערפרי ביים בעט.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; דאס ערשטע זאך וואס מען דארף טון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי איז אפגיסן נעגל וואסער - דריי מאל יעדע האנט, איין מאל אויף די רעכטע האנט, נאכדעם אויף די לינקע האנט און צוריק אויף די רעכטע האנט וכו'.


דער הייליגער רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו האט מקבל געווען פון זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס ער האט דאס מקבל געווען פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז מען טאר נישט אראפטרעטן פון בעט בעפאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, און ווער עס גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (תהלים לו, ה): "יִתְיַצֵּב עַל דֶּרֶךְ לֹא טוֹב, רָע לֹא יִמְאָס", דאס שלעכטס וועט אים נאכלויפן א גאנצן טאג (אגרא דפרקא, אות ט).


דורכדעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער נעמט מען אוועק פון זיך אלע קליפות וואס קומען ביינאכט אויפן מענטש בשעת מען שלאפט, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר פרשת וישב, קפד:): "בַּר נָשׁ עַד לָא יְקַדֵּשׁ יְדוֹי בְּצַפְרָא, אִקְרֵי טָמֵא כֵּיוָן דְּאִתְקַדַּשׁ אִקְרֵי טָהוֹר", פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער איז מען טמא, און ווען מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער ווערט מען ריין און הייליג. און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצורירן דעם פנים פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, בפרט די אויגן, די אויערן, די נאז און די מויל.


זיכער דארף א אידישע מאמע וואס וויל אויפברענגען אן ערליכע שטוב זייער אכטונג געבן אויף דעם; סיי זיך אליינס אפגיסן נעגל וואסער און אויך די קינדער. קודם גיסט מען זיך אליין אפ די הענט און נאכדעם קען מען אפגיסן די קינדער, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שם): "וּבְגִין כָּךְ לָא יִטּוֹל אֶלָּא מִן יְדָא דְּאִדְכֵּי בְּקַדְמֵיתָא, דִּכְתִיב (במדבר יט, יט): "וְהִזָּה הַטָּהוֹר עַל הַטָּמֵא, דָּא אִקְרֵי טָהוֹר, וְדָא אִקְרֵי טָמֵא", מען זאל זיך נישט אפגיסן דורך איינעם וואס האט זיך אליינס נאך נישט אפגעגאסן די הענט, ווייל איינער וואס איז טמא קען נישט מטהר זיין א צווייטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ער וויל מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען 'רבינו נחמן בן פיגא', ווייל זיין עיקר יראת שמים האט ער גענומען פון זיין מאמע. ווען דער רבי איז געבוירן האט זי גלייך אפגעגאסן דעם רבי'ן נעגל וואסער, אויך האט זי גענייט א קאפל בשעת זי האט געווארט דעם רבי'ן און זי האט אנגעטון דעם רבי'ן מיט א קאפל גלייך ווען דער רבי איז געבוירן; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי'ס מאמע האט מקפיד געווען אפצוגיסן נעגל וואסער פאר אירע קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן, העלף מיר איך זאל זיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד", אז איר וועט בעטן אויף דעם וועט אייך דער אייבערשטער העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מיין מאן איז ממש פארקויפט פאר זיין פרנסה, וואס טו איך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א פארווייטאגטע פרוי, וואס האפט אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.


איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך מיט א וואוילער מאן, ער איז א גוטע מענטש מיט גוטע מדות, ער איז קובע עתים לתורה צוויי מאל א טאג, און נאך פילע מעלות, ער האט אבער א שטארקע חסרון אז ער איז זייער שטארק פארקויפט פאר זיין ארבעט און פרנסה, און דאס טוט מיר זייער וויי, איך שפיר אז ס'איז דא נאך א שותף אין אונזער צוזאמענלעבן, די פרנסה איז אויך דא א גרויסע חלק, און נאך א גרעסערע חלק ווי מיר.


מיין מאן פארשטייט נישט פארוואס דאס שטערט מיר אזוי שטארק, אבער איך קען דאס ממש נישט אויסהאלטן. עס דרוקט זיך אויס אין אסאך וועגן, און איך וועל נאר אנכאפן עטליכע משלים, ער מוז האבן זיין טעלעפאן מיט זיך ממש אלעמאל ווייל אפשר וועט אריינקומען א וויכטיגע אימעיל וועגן זיין ארבעט, ווען מיר גייען שפאצירן אדער אפילו ווען מיר פארן אויף וואקאציע וועט ער אייביג מיטנעמען זיין ארבעט מיט זיך, און אויב דארף ער עפעס טון פאר די ארבעט, וועט ער מיר לאזן הענגען און זיך ענדערש אפגעבן מיט די ארבעט.


איך שפיר אז איך קען מער נישט אנגיין אזוי, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ווייזן דעם וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין מיין שווערע מצב.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן מיט גוטע מידות; איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גליקליך איר זענט אז אייער מאן איז קובע עיתים לתורה, אין צוגאב צו זיינע פיל מעלות – אזוי ווי איר שרייבט. דעריבער זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן.


דאס וואס עס באדערט אייך אז ער איז צוגעבינדן צו זיין ארבעט דורך זיין טעלעפאן וכו', עס שטערט אייך אז ער לויפט צו דעם א גאנצן צייט אפילו ווען ער איז אין שטוב; די ערשטע זאך דארפט איר זיין זייער אפען מיט אייער מאן, זאגט אים אז עס באדערט אייך זייער שטארק אז שוין נאך די ארבעטס שעה'ן, אין די צייט וואס ער איז אין שטוב מיט אייך און מיט די קינדער, איז ער נאך אלץ פארנומען מיט זיין ארבעט; בעטס אים אז אין שטוב זאל ער נישט אריין ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן, אזוי וועט זיין קאפ נישט אוועקלויפן פון אייך און פון די קינדער.


איר פארשטייט אליינס אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביי א מאן וכו' דארף מען וויסן ווי אזוי צו רעדן, ווייל קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק, בפרט א מאן גלייכט נישט צו הערן פון זיין ווייב קריטיק און ווען א פרוי קריטיקירט איר מאן איז עס אים זייער שווער צו נעמען. דעריבער, אז איר ווילט זיך עפענען פאר אים און איר ווילט אים געבן צו פארשטיין וואס באדערט אייך, דארפט איר זען צו רעדן צו אים מיט חכמה. רעדט צו אים שיינע ווערטער; זאגט אים ווי צופרידן איר זענט פון אים, זאגט אים ווי פרייליך איר זענט מיט אים, רעכענט אים אויס אלע זיינע מעלות, נאכדעם קענט איר אים זאגן שיינערהייט וואס באדערט אייך, איר קענט אים בעטן: "הלואי ווען דו וואלסט נישט אריין געברענגט אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן", אויב וועט איר אזוי טון, וועלן די ווערטער זיכער אריין גיין אין זיין הארץ.


איר דארפט אבער פארשטיין אז דאס גייט נישט מיט איין מאל רעדן, ווייל ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו א זאך וכו' דארף מען אסאך שמועסן מיט אים ביז מען וועט קענען צוברענגען ער זאל דאס קענען אפלאזן, עס פארלאנגט זיך א סאך שיינע רייד ביז דאס וועט אים אריינגיין אין הארצן, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט טון (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ער פלעגט אסאך רעדן מיט מענטשן זיינע רייד, ביז זיינע רייד זענען יענעם אריין אין הארץ; ווייל א דיבור האט זייער א גרויסער כח, און אויב מען רעדט שיינע ווערטער פועל'ט דאס.


איר זאלט חס ושלום נישט צוהערן צו די אלע וואס העצן אויף פרויען אנטקעגן זייערע מענער און געבן עצות וואס קומען פון די גוים, אז מען זאל זיך אפהאלטן וכו' ביז מען פועל'ט וואס מען וויל פועל'ן. וויסן זאלט איר, אויב א פרוי שיידט זיך אפ פונעם מאן ווייל זי וויל עפעס פון אים וכו' זי סטראשעט מיט וכו' קען זי באקומען א גרויסער עונש דערויף, ווייל דאס איז זייער א גרויסער עבירה; וויי פאר די פרויען וואס טיילן זיך אפ וכו' פון די מענער ביז זיי פועל'ן וואס זיי ווילן, וויי איז פאר די פארדארבענע שלום בית מאכער'ס וואס געבן אזעלכע עצות וואס איז אנטקעגן די תורה; חוץ פון דעם וואס עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל דער סוף וועט זיין אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, ווען משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן (שמות לג, יח): "הַרְאֵנִי נָא אֶת כְּבֹדֶךָ", האט אים דער אייבערשטער געזאגט (ברכות ז.): "כְּשֶׁרָצִיתִי - לֹא רָצִיתָ, עַכְשָׁיו שֶׁאַתָּה רוֹצֶה - אֵינִי רוֹצֶה", ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט, יעצט - ווען דו ווילסט - וויל איך נישט וכו'.


צווייטנס, דארף מען וויסן וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן, און אויב מען זעט אז מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי אויפצוהייבן איר מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיך פירן בדרך התורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי, און זיי האבן נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן, און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, פירן די הייליגע חז"ל אויס: "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט זייער שטארקע כוחות, און זי קען איבער דרייען איר מאן.


אז איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אייער מאן זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט זיך טאקע פירן מיט יראת שמים און ער וועט זיך אפגעבן מיט אייך און מיט די קינדער; ווייל תפילה איז שטערקער פון אלע עצות און פון אלע סגולות.


יעדעס מאל איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן און פאר מיינע טייערע קינדער. רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן שלום בית, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצוברענגען ערליכע קינדער, העלף אז מיין טייערער מאן זאל פארשטיין וואס איך וויל פון אים ווען איך בעט אים ער זאל נישט אהיים ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן. העלף אז מיין מאן זאל זיך פירן ערליך מיט יראת שמים, העלף מיר אז ווען מיין מאן קומט אהיים צו מיר און צו די קינדער זאל ער נישט זיין אזוי אריין געטון און זייטיגע זאכן, אזוי וועלן מיר צוזאמען קענען מחנך זיין אונזערע קינדער".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן און איר וועט זען א פארענדערונג.

#1 - איך ווארט א נישט געזונט קינד
רפואה, קינדער, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווארט יעצט א קינד, און די דאקטורים שרעקן מיר אן אז דאס איז נישט א געזונט קינד, איך בין ממש פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר מען נישט שרייבן חול המועד אבער ביי א דבר האבד מעג מען שרייבן.


אז איך ליין ווי איר שרייבט אז עס איז ביי אייך עק וועלט ווייל דער דאקטער זאגט אייך אן אז דאס קינד איז נישט געזונט און איר זענט פארלוירן, וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער.


איין זאך בעט איך אייך: "פארלירט זיך נישט!" תפילה איז זייער א שטארקע זאך, אזוי ווייט אז עס איז קעגן די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּך וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו אז די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דרייט אלעס איבער; גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט איז פאר אייער טובה, און בעטס אים אויף ווייטער; דורך תפילה וועט איר האבן א געזונט קינד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאלט איר זאגן נעמען פון צדיקים. זאגט: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד, שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פייגא מברסלב, רבי נתן מברסלב" און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם, בִּזְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים פַאר דִיר, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה אוּן מְסִירוּת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאל אִיך זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּערְגֵיין גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! אִיך בִּין זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן, דִי דָאקְטוֹרִים זָאגְן מִיר אַז דָאס קִינְד אִיז נִישְׁט גֶעזוּנְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד, הֶעלְף מִיר אַז אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין בְּשָׁלוֹם. אִיך גְלֵייבּ אִין דִיר, אִיך גְלֵייבּ אַז דוּ פִירְסְט דִי וֶועלְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע קִינְדֶער, אָמֵן".


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה טוט – וואס תפילה טוט קען קיין שום זאך אויף דער וועלט נישט טוהן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח; איר זאלט מיר מבשר זיין א גוטע בשורה בקרוב, אמן.


נאך יום טוב וועל איך אייך שרייבן מער באריכות אם ירצה ה'.