שאלה אין קורצן ענין
#63 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון פאניק אטאקעס?
רפואה, אמונה, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם געוואלדיגן חסד וואס ער האט געטון מיט מיר אז מיט גרויס השגחה פרטית האב איך געטראפן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס איז געווען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עיפה, און דערנאך האב איך אנגעהויבן הערן נאך און נאך שיעורים, און דאס האט מיר ממש אויפגעהויבן און מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, עטליכע בלאט גמרא, און אזוי ווייטער נאך שיעורים, און איך פרוביר כסדר צו רעדן עטליכע ווערטער צום אייבערשטן.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט מיר העלפן, מיין ווייב ליידט אסאך פון פאניק אטאקעס, זי האט אסאך ענקזייעטי און פחדים, מיר האבן שוין פרובירט אסאך עצות אבער דערווייל האט גארנישט געהאלפן.


מיר פרובירן צו רעדן אסאך פון אמונה, אזוי ווי מיר הערן ביי די שיעורים, צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, און מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען קיין שינוי לטובה.


איך ווייס אז מ'טאר נישט אויפגעבן, מ'דארף נאר ווייטער בעטן און בעטן, אבער מיין ווייב וויל זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן עפעס עצות און חיזוק, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון צו קענען פטור ווערן פון די אלע פחדים און בלבולים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז ווי מער א מענטש חזר'ט זיך אמונה, ער נעמט אריין אין זיך די אמונה - איז ער זוכה צו לעבן א רואיגע און פרייליכע לעבן. ווייל אמונה מאכט שטארק די נערוון; מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און מען לעבט רואיג אזוי ווי א קליין קינד פארלאזט זיך אויף זיין טאטע. ווידער אויב מען האט חס ושלום נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך אן קיין בעל הבית, זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם.


אמונה איז די רפואה פאר אלע פחדים (ענקזייעט"י, פעני"ק עטעק"ס, וכו') דאס איז די איינציגסטע רפואה פאר די וואס האבן שוואכע נערוון, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון אמונה, און געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה"; די אלע יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, אלץ קומט פון חסרון אמונה אויף דעם העלפט נישט קיין רפואות, די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה".


דערפאר בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; פארלאזטס אייך אויפ'ן אייבערשטן, אזוי וועלן צוביסלעך אוועק גיין אלע פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחד פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע, אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איך שיק אייך דא א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג; אויב איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג - לכל הפחות איין מאל, וועט איר ביז א קורצע צייט זיין געזונט און שטארק; איר וועט האבן שטארקע נערוון און מער נישט האבן קיין פחדים וכו'.


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר; פַאר מַיין טֵייעֶרֶער מַאן, פַאר מַיין טֵייעֶר לִיכְטִיג קִינְד אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אִיךְ וֵויין זֵייעֶר אַסַאךְ, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז דוּ הִיטְסְט מִיר, אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי שְׁוֶוער, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת. אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס; מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת פַּיינִיגְן מִיר, אִיךְ שְׁפִּיר אַסַאךְ מָאל וִוי אִיךְ הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אִיךְ שְׁפִּיר אַז מַיינֶע נֶערְוְון פְּלַאצְן מִיר פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


איר זאלט זאגן די תפילה נישט איין מאל און נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי אייערע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען אייער קאפ, איר שפירט ווי אייער קאפ דריידט זיך מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפ'ן קול, וועט איר זען ביז א קורצע צייט ווי עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר די כח און מוט אנצוגיין אין לעבן.


איך גיי דורך אסאך שוועריקייטן אין מיין לעבן, מיינע עלטערן קומען זיך נישט אויס צווישן זיך, זיי קריגן זיך אסאך, און פיל מאל אויך אין די עפנטליכקייט. ברוך ה' אז צוליב די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א מיש איך זיך קיינמאל נישט אריין, אבער דאס מאכט מיר פיל צער און ס'איז מיר זייער שווער איבערצוטראגן.


אויך שטערט דאס מיר זייער ווען איך בין אין שולע, איך קען זיך נישט צוהערן געהעריג צו וואס די לערערינס רעדן, און דערנאך קען איך נישט גוט, מ'שרייט אסאך אויף מיר, און פיל מאל ווער איך באשטראפט דערפאר.


איך שפיר נישט באקוועם דאס דורכצורעדן מיט קיין איין לערערין אין שולע, און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן מיט אן עצה?


אויך האב איך צוויי עלטערע ברידער אין די יארן פון שידוכים, מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק, און דערווייל ווערן זיי עלטער און עלטער, און איך האב זייער מורא אז דאס זאל נישט פאסירן אויך צו מיר ווען ס'וועט קומען מיין רייע אין שידוכים, אז זיי וועלן זיך אסאך וועלן, און איך וועל ווערן אן עלטערע מיידל. וואס קען איך טון דערצו?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נעמטס אריין אין זיך די אמונה, אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש איז פונעם אייבערשטן; דאס וואס איר גייט אריבער איז זיכער מיט א פונקטליכע חשבון פונעם אייבערשטן, און אז איר וועט זיך דערהאלטן וועט איר נאר פארדינען פון דעם.


נעמטס די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - די עצה פון התבודדות; רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון, דערציילטס אים אייערע ווייטאגן, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, איך זאל נישט ווערן צעפאלן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


הייליגער באשעפער, העלף אז מיין טאטע מאמע זאלן לעבן בשלום, זיי זאלן זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן; עס שטערט מיר זייער ווען זיי קריגן זיך, איך שפיר ווי מיין לעבן גייט מיר צוגרינד פון דעם, איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, מיין גאנצע קאפ פליט מיר אוועק, איך קען נישט מיט האלטן די לימודים אין שולע, פון טראכטן טאג און נאכט פון די קריגערייען אין שטוב.


גרויסער באשעפער, דערבארעמדיגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, העלף אז מיינע ברודערס זאלן שוין טרעפן זייערע שידוכים און העלף מיר איך זאל בקרוב טרעפן א גוטע שידוך".


מיט תפילה וועט איר אלעס פועל'ן, ווייל תפילה טוישט אלעס, תפילה איז די שטערקסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט; מען קען אלעס באקומען און אלעס טוישן דורך תפילה. אז מען איז שטארק מיט תפילה און מען האט סבלנות אויסצואווארטן ביז די ישועה קומט, איז מען זוכה צו געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף נאר.


ווי מער איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט אייך קלארער ווערן די אמונה, איר וועט זיין שטארק ביי זיך, עס וועט אייך זיין קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - ווי אזוי קען איך היטן מיינע אויגן ביי די ארבעט?
פרנסה, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט א גאנצן טאג, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך קען אויך טרעפן צייט צו לערנען, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן יעדן טאג די "בית נצחי", און נאך שיעורים, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.


אויך מיין ווייב הערט די שיעורים און דערקוויקט זיך דערמיט, און אזוי איז אונזער גאנצע שטוב געווארן פרייליך און געשמאק, אונזער גאנצער לעבן איז געווארן א תוכנ'דיגע ערליכע געשמאקע לעבן, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.


יעצט צו מיין שאלה, איך ארבעט אין א גרויסע מוסד פון נישט געזונטע קינדער ל"ע,  איך מאך ב"ה שיין פרנסה, אבער איך דארף זיך אסאך דרייען אין די בנינים און אין די קלאסן, און ס'קומט אויס אז איך דארף אסאך רעדן מיט פרעמדע פרויען וועמען איך סערוויר ביי די ארבעט. כאטש וואס אין מיין אפיס זיצן נאר מענער, איז אבער אין די אנדערע אפיסעס דארט אויך דא פרויען, און בכלל דרייען זיך דארט אסאך פרויען. אלע פרויען זענען נאר פרומע און היימישע, מ'רעדט נישט ח"ו קיין איבריגע ווערטער, אבער למעשה שפיר איך אז מיין שמירת עינים איז נישט גוט ביי די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן וואס צו טון, פון איין זייט איז דאס א גוט באצאלטע פרנסה, פון די אנדערע זייט ווייס איך אבער נישט אויב דאס איז א כשר'ע פרנסה ווייל איך פאל דארט אין שמירת עינים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן צו היטן דיינע אויגן; אז מען היט די אויגן איז דא א ברכה אין די ארבעט און אין די געלט, אבער אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרויען רחמנא לצלן דעמאלט איז נישט דא קיין ברכה אין די געלט, וויפיל מען פארדינט האט מען נישט גענוג וכו'. מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט פוגם זיין מיט די אויגן, איך זאל שטענדיג נאר זען אלוקית אין יעדע זאך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און אין מיר", אזוי זאלסטו בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בשפע.


אז דו וועסט היטן די אויגן, און ווען עס קומט דיר אויס צו רעדן ביי די ארבעט מיט פרויען וועסטו זיך היטן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, ווייל ווען מען היט נישט די אויגן קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפ'ן מענטש; דאס ברענגט ארימקייט, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - איך הער נישט אויף טראכטן פון מיידלעך, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
קדושה, נסיונות, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פופצין יעריגער בחור און איך הער נישט אויף צו טראכטן א גאנצן טאג פון מיידלעך. איך בין מקנא מיינע שוועסטערס אז זיי זענען מיידלעך, ווייל אזוי קענען זיי אלעמאל קוקן און שמועסן מיט מיידלעך. איך טאר נישט קוקן אויף מיידלעך, איך זיץ אין ישיבה, אבער מיין קאפ איז נאר ביי מיידלעך, פון צופרי ביז ביינאכט טראכט איך נאר פון מיידלעך.


איך וויל זיין ערליך, אבער עס ברענט אין מיר א פייער פונעם יצר הרע, מיין גאנצער קאפ איז נאר פארנומען מיט איין קלער אז אפשר וועט מיר געלונגען צו רעדן מיט א מיידל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א פארשטייט א בחור, און דערפאר שרייב איך דעם בריוו, און איך האף דער ראש ישיבה וועט האבן פאר מיר אן עצה, ווייל איך ווער ממש פארברענט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.


טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, וויין צו אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן א ריינע מחשבה און ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך ווער פארברענט פונעם יצר הרע, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, מיינע מחשבות איז נאר ניאוף, און איך פאל אראפ אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח; העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, טאג און נאכט טראכט איך נאר פון עבירות, איך האלט נישט אויס די צער! פון איין זייט וויל איך אזוי שטארק זיין ערליך און פון די אנדערע זייט קאכט אין מיר א פייער, איך שפיר ווי איך קען נישט מער", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, דורכדעם וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן דיין שידוך וועסטו האבן מנוחה; בעט דעם אייבערשטן עס זאל בטל ווערן די גזירה אז מען מאכט נישט חתונה בחורים און מיידלעך ביז זיי ווערן פארעלטערט. קיינער פארשטייט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער, אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען ראטעווען אלע בחורים און מיידלעך פון ארויס גיין לתרבות רעה, ווייל ווילאנג מען איז א פלג גוף קען מען נישט זיין אפגעהיטן.


נעם די עצה וואס מוהרא"ש שרייבט פאר אלע צענדליגער טויזנטער בחורים וואס פרעגן און בעטן אן עצה ווי אזוי זיי קענען אפקילן זייער פייער פונעם יצר הרע, מוהרא"ש שרייבט זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל משניות ראטעוועט פון אלעם שלעכטס. פאלג וואס צדיקים זאגן, נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#59 - איך בין טיף אין תהום, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דארט?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כולל אינגערמאן, איך הייס א חשובער אינגערמאן, אבער ליידער פלאג איך זיך געפערליך אין עניני קדושה, און הוז"ל רחמנא ליצלן, איך בין טיף אין דער ערד אין תהום, איך באזוך כסדר אלע עקלדיגע וועבסייטס, און איך זע ממש נישט קיין וועג ארויס, ווי אזוי קען איך געראטעוועט ווערן?


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און יעדעס ווארט שאקלט מיר אויף די נשמה, ווען איך שוין ארויסקריכן פון מיין בלאטע? דער תהום איז שוין נישט גענוג פאר מיר!


אויך וויל איך וויסן אויב די פראגראמען וואס איז דא צו גיין פאר אדיקשענס, קענען מיר אפשר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אלע צרות וואס מען ליידט אין לעבן קומט צוליב פגם הברית; ווען א מענטש היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט עבירות רחמנא לצלן און ער פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, באשאפט ער דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן אים זיין גאנץ לעבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל-יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת, הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי-אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


הדבר הראשון זאלסטו אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער - די כלים אויף וואס דו קוקסט אלע עבירות, ווייל אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד" – אז מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט גליסט די הארץ וכו', ביז מען פאלט אריין אין עבירות רחמנא לצלן; אזוי אויך פארלירט מען די ווייב, ווייל מען גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות, מען מיינט אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן; פון אזויפיל קוקן נישט גוטע זאכן ווערט מען אזוי פארשווארצט ביז מען פארלירט די געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער. דאס אלעס הייבט זיך אן ווען מען היט זיך נישט די אויגן.


שנית, זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום איבערשטן. זאג פאר'ן אייבערשטן וואס דו טוסט, דערצייל אים ווי דו בלאפסט, דו האסט א פנים ווי א שיינער איד ווען באמת ביסטו אין תהום, שריי צו אים:


"רבונו של עולם! איך ליג אין א געמיינע בלאטע, איך קוק עקלדיגע עבירות; איך קוק ... מאוויס און איך פאל אראפ אין פגם הברית, הייליגער באשעפער וואס זאל איך טון?! איך היט נישט מיינע אויגן און איך קוק אויף שמוץ, איך בין אזוי משוגע, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע פאר ניאוף, איך קוק און קוק אויף נאך און נאך עבירות; רבונו של עולם! וואס זאל איך טון אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; וואס זאל איך טון אז איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות? איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


הייליגער באשעפער, איך קען צו קיינעם נישט רעדן פון דעם, ווייל מענטשן מיינען אז איך בין א חשוב'ער אינגערמאן, מען האלט מיר אלץ איינער פון די חשוב'ע כולל אינגעלייט, אבער דו טאטע ווייסט דאך יא דעם אמת ווער איך בין און וואס איך טו, העלף מיר אייבערשטער, אנא השם! העלף מיר איך זאל האבן שמירת עיניים, איך זאל האבן א ריינע מח; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ כסדר נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אז דו וועסט טון די צוויי זאכן, דו וועסטו אוועק ווארפן אלע כלים אויף וואס דו קענסט קוקן עבירות און דו וועסט וויינען צום אייבערשטן אויף די תפילה, וועסטו זען ווי צוביסלעך וועסטו ארויס גיין פון דיין בלאטע, דו וועסט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה און א גרויסער צדיק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#58 - איך לערן תורה, פארוואס ווער איך נאכאלץ אין כעס?
לימוד התורה, תפלות אויף אידיש, כעס, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך הער שוין די שיעורים איבער א יאר, און ס'האט מיר אינגאנצן געטוישט מיין לעבן, בפרט מיט'ן סדר דרך הלימוד וואס האט מיר פשוט געמאכט לערנען, צוויי וואכן צוריק האב איך זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אויסער פילע אנדערע שיעורים וואס איך לערן יעדן טאג, חומש, נ"ך, משניות, די טעגליכע שיעורים אין בבלי ירושלמי און תוספתא, שלחן ערוך, זוהר, מדרש, ליקוטי מוהר"ן. און יעצט האב איך אנגעהויבן א באזונדערע שיעור אין ירושלמי כסדרן.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז דער דרך הלימוד מאכט א מענטש האבן סבלנות, מ'ווערט א רואיגער מענטש, אבער ליידער האב איך נאכאלץ נישט קיין געדולד צו מיין ווייב און קינדער. אודאי פרוביר איך צו פאלגן די שיעורים, איך פרוביר זיך איינצוהאלטן וויפיל איך קען, ס'איז מיר אבער זייער שווער, און איך קען זיך אסאך מאל קריגן מיט מיין ווייב און שרייען אדער שלאגן מיינע קינדער.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויך כסדר אז ווען מ'צעקלאפט א קינד, וועט ער זיך מוטשען מיט שלום בית, ווייל ס'קלאפט אויס נאך די חתונה. סיי איך און סיי מיין ווייב זענען געווען זייער צעקלאפט אלס קינד, קען איך נאך אמאל האבן שלום בית?


איך וויל זייער בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל חיזוק איבער די ענינים, סיי אינעם דרך הלימוד, סיי אין שלום בית, און איבער סבלנות צו די קינדער. איך האב נישט פון וואו צו נעמען חיזוק אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות; מיר האבן אזעלכע גוטע עצות מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות, וואס ווער עס טוט די עצות קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער אין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


די ערשטע זאך זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן; פארגעס וואס איז געווען און הייב אן דיין לעבן פונדאסניי. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב און ליכטיגע קינדער; שלעפ נישט מיט דיר דיין עבר און קוק קיינמאל נישט אויף צוריק, וואס איז געווען איז געווען, דער עיקר זאלסטו פון יעצט טון נאר גוטס.


דו שרייבסט אז ביידע פון אייך זענט איר אריבער א שווערע יוגנט, זאלט איר זיך ביידע מחזק זיין איינער דעם צווייטן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו): "עס איז א מורא'דיגע עצה צו ווערן אליין מחוזק, דורכדעם וואס מען איז מחזק א צווייטן", מיט דעם טייטשט דער רבי אויס דעם פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין; עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים, וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן וועט ער אליינס ווערן מחוזק; זאלסטו זען צו מחזק זיין דיין ווייב אזוי וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס אז דיין ווייב וועט זיין מחוזק וועט זי דיר העלפן וכו', און אפילו דיינע ווערטער וועט נישט אריין גיין אין אירע אויערן וועט דאס צוריק קומען צו דיר, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפד) אז ווען מען רעדט צו א צווייטן דיבורי התחזקות ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר, דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


איך בעט דיר זייער, יעצט אז דו האסט גענומען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) מיט אזא ערנסטקייט, אז דו לערנסט גוזמאות; דו האסט שוין געענדיגט ש"ס, שלחן ערוך, זוהר הקדוש וכו' וכו' - זאלסטו יעצט פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון שכחה. פארגעס וואס איז געווען און הייב אן פונדאסניי, געב אכטונג אויף דיין ווייב; זיי איר מכבד און רעד צו איר שיינע ווערטער, וועסטו האבן כח אויפצוצוען דיינע קינדער על דרך התורה והיראה.


פרוביר אויס די זיסע עצה פון התבודדות; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז געוואוינט צו רעדן. טו די עצה, גיי אין א פלאץ און זאג: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ, איך הער זיך נישט אויף קריגן מיט מיין ווייב, איך שריי אויף מיינע קינדער ביז איך ווער אזוי בכעס אז איך שלאג זיי מיט רציחה, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען איינהאלטן און איך זאל לעבן בשלום מיט זיי".


איך האף אז דו וועסט ליינען דעם בריוו נישט איינמאל נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל און מקיים זיין יעדעס ווארט וואס שטייט דא - וועסטו האבן די וועלט און יענע וועלט, אז נישט וועסטו אלעס פארלירן; ווייל שלאגן די קינדער טאר מען נישט און עס העלפט נישט. אז מען שלאגט די קינדער פארלירט מען זיי און די גאנצע שטוב צעפאלט ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#57 - קען מען מאכן התבודדות בלויז מיט די מחשבה?
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, תפלות אויף אידיש, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים יעדן טאג, איך הער אויס יעדן שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און איך בין זיך ממש מחיה.


איך האב צוויי שאלות צו פרעגן; א. ווען ס'איז מיר שווער ארויסצורעדן די ווערטער צום אייבערשטן, קען איך מאכן התבודדות בלויז מיט די מחשבה? ב. ווען איך גיי אויף א ציון פון א צדיק איז מיר אסאך מאל שווער צו זאגן דארט תהלים, קען מען זאגן דארט משניות אנשטאט תהילים?


איך האב אנגעהויבן זאגן ח"י פרקים משניות, און איך שפיר ממש ווי איך בין געווארן א נייער מענטש.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן און מען דארף האבן אויף דעם אסאך חיזוק, אבער ווען מען איז זוכה דערצו, מען הייבט אן שמועסן מיטן אייבערשטן - דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט אויף די וועלט.


דאס דארף זיין דער עיקר אויף וואס א איד דארף בעטן, ער זאל זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און שטענדיג רעדן צו אים; דאס איז געווען דוד המלך'ס תפילה (תהלים כז, ד): "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ", איין זאך בעט איך דיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג זיין מיט דיר, איך זאל שטענדיג זיצן אין דיין שטוב און לעבן מיט דיר; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דער געדאנק: "איך האב קיינעם נישט אויף די וועלט נאר דעם אייבערשטן", און ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן אויף זיין מאמע לשון אזוי ווי ער רעדט צו זיינס א חבר און וואס ער דארף בעט ער פונעם אייבערשטן, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש אויף די וועלט.


אז עס איז דיר שווער צו רעדן צום אייבערשטן זאלסטו בעטן אויף דעם אליינס, מאך זיך א תפילה וואס דו זאלסט בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפר העלף מיר איך זאל רעדן צו דיר, עס איז מיר זייער שווער צו רעדן צו דיר; מיט מענטשן קען איך שטיין און שמועסן שעות אויף שעות, אפילו דברים של מה בכך, אבער ווען עס קומט צו רעדן צו דיר ווער איך ממש שטום, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, איך זאל האבן א קלארע אמונה אז דו ביסט מיט מיר, דעמאלט וועט מיר זיין גרינגער צו רעדן צו דיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן א ריינע אמונה; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס אלעס ביסטו, די גאנצע וועלט איז א לבוש פון דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו אליינס".


דעריבער אז דו קענסט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלסטו דאס אליינס בעטן פונעם אייבערשטן אן א שיעור. דער הייליגער דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו ברענגט (פרשת בחקותי) בשם זיין זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, אז אמאל איז געווען א קעניג וואס האט געלאזט אויסרופן פאר די גאנצע לאנד אז ווער עס דארף א בקשה קען דאס קומען בעטן, אלע זענען געקומען בעטן פונעם קעניג זייערע בקשות; איינער האט געבעטן געלט, א צווייטער האט געבעטן כבוד, איינער האט געבעטן אז דער קעניג זאל זיך נוקם זיין אין זיינע שונאים, יעדער איינער האט געבעטן א צווייטע בקשה. איז געקומען א חכם וואס ער האט גארנישט געבעטן עפעס ספעציעל פאר זיך, ער האט נאר געבעטן איין זאך, ער וויל קענען רעדן מיטן קעניג יעדן טאג; מיט דעם האט ער ממילא באקומען אלע זיינע באדערפענישן ווייל ער רעדט צום קעניג יעדן טאג און ער בעט אים אלעס וואס ער דארף.


דו קענסט לערנען ביי קברי צדיקים דיינע שיעורים כסדרן, וועסטו אויך זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#56 - ווי אזוי קען מען זיך שטארקן אויף די מדה פון כעס?
תפלות אויף אידיש, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען אזוי שטארק מחזק, איך הויב נאר אן הערן א שיעור, און ס'ציעט מיר ווי א מאגנעט אויסצוהערן ביז'ן סוף, און איך מוז שוין הערן נאך א שיעור.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך שטארקן אויף די מדה פון כעס. ס'שטערט מיר אזוי שטארק, און ס'שטערט אלע מענטשן ארום מיר, און וויפיל איך פרוביר זיך צו שטארקן, גייט עס מיר נישט.


אפשר האט איר עפעס אן עצה פאר מיר?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים אויף אלעס וואס איר האט מיר שוין געהאלפן מיט אייערע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כעס איז זייער א שלעכטע מדה; עס איז נישט דא נאך אזא עקלדיגע מדה ווי די מדה פון כעס. ווען א מענטש איז בכעס פארציילט ער פאר אלעמען ווער ער איז, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמט): פארוואס שטייט: "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין: "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? נאר ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע', - א שלעכטער מענטש; ער שרייט אויף יעדע זאך, ער שרייט אויף אלע ארום אים, אלע זעען און ווייסן אז דער מענטש איז א בעל עבירה, מען ווערט געוואויר זיין גאנצע עבר וכו'.


אז דו ווילסט ארויסגיין פון די שלעכטע מידה פון כעס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען פון ווערן בכעס, זאלסט נישט פארלירן דיין אמונה; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן רעגט ער זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, אז מען רעגט זיך אויף איז א סימן עס פעלט די אמונה. דעריבער זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת קה:): "הַמְקָרֵעַ בְּגָדָיו בַּחֲמָתוֹ", ווער עס צערייסט זיינע קליידער פון כעס, "וְהַמְשַׁבֵּר כֵּלָיו בַּחֲמָתוֹ", ווער עס צעברעכט זיינע כלים פון כעס, "וְהַמְפַזֵּר מָעוֹתָיו בַּחֲמָתוֹ", און ווער עס ווארפט אוועק זיין געלט פון כעס, "יִהְיֶה בְּעֵינֶיךָ כְּעוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה", - איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; ווייל מיט דעם וואס ער ווערט בכעס ווייזט ער אז ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש האט אמונה אינעם אייבערשטן - ער גלייבט אז קיין שום זאך געשעהט נישט פון זיך אליין, איז אפילו ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל ווייסט ער אז דאס איז אלעס דער אייבערשטער אליין וואס פרובירט אים אויס.


יעדן טאג זאלסטו זאגן דעם בייגעלייגטן תפילה; נישט איינמאל א טאג נאר אפאר מאל א טאג זאלסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען פון כעס, וועט דיר זיין גרינגער בייצוקומען דעם נסיון:


"רבונו של עולם, טאטע זיסער, טאטע געטרייער, העלף מיר און היט מיר איך זאל נישט צו קומען צו קיין כעס, איך זאל נישט ווערן אויפגערעגט, און אויב איך ווער חס ושלום אויפגערעגט זאל איך נישט צו קומען צו טון זאכן וואס מען טאר נישט, איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע און איבערדרייען די כעס אויף רחמנות, אנשטאט זיך אויפרעגן זאל איך רחמנות האבן אויף אלעמען; העלף מיר איך זאל נישט צו קומען צו די עבירה פון: "ולא יהיה בי אל זר, ולא אשתחוה לאל נכר", וואס ווען מען רעגט זיך איז מען עובר אויף דעם ווייל עס איז כאילו עובד עבודה זרה.


רבונו של עולם! דו ווייסט דאך ווי שווער עס איז צו צעברעכן די שלעכטע מדה פון כעס ווייל ווי נאר עס הייבט אן ברענען אין מיר די כעס חס ושלום, פארליר איך זיך אינגאנצן און איך קען זיך נישט קאנטראלירן; בעט איך דיר טאטע זיסער האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל פון היינט אן נישט ווערן מער בכעס, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, איך זאל זיין גוט צו יעדן איינעם מעתה ועד עולם, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#55 - ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
שידוכים, יבנאל, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן טאקע אין ארץ ישראל, אבער איך בין א תלמיד אין אייער ישיבה, איך פריי זיך אזוי שטארק מיט יעדן דיבור, מעשה און שמועס פון הייליגן רבי'ן, איך בין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר מגלה געווען א נייעם לעבן, יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, פרישט מיך אויף פונדאסניי. דער ראש ישיבה שליט"א ווייסט גארנישט וויפיל טויזנטער תלמידים ער פארמאגט איבער די וועלט וואס הערן די שיעורים און לעבן אויף די שיעורים.


איך בין א בחור פון ניינצן יאר אלט, און איך בין זייער צעבראכן אז כ'האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך. רוב פון מיין שיעור אין ישיבה האבן שוין חתונה געהאט, און יעדעס מאל איך דערמאן זיך אז איך בין נאך א בחור, ווער איך נאכאמאל צעבראכן.


איך בין געווען די פארגאנגענע יאר חמשה עשר באב אין יבנאל, איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון  פון מוהרא"ש, דערווייל ווארט איך אבער נאך אז די הבטחה און ישועה זאל אנקומען.


איך דארף האבן חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך צו דערהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן נישט צו ווערן מיאוש; אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ברחמים ובתחנונים וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג", ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר: "דיין שידוך וועט אנקומען" (איבערגעטייטשט פונעם ספר "מציאת הזיווג"), איך וועל דיר דא אראפ ברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים מתפלל צו זיין פאר א שידוך, וואס אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן די שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#54 - מעג מען קויפן קליידער פון פאראויס?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, עטליכע חדשים נאך די חתונה, און איך ווארט למזל טוב. איך וויל וויסן אויב ס'איז א פראבלעם צו וויסן וואס ס'וועט זיין, און אויך אויב מ'מעג קויפן קליידער פון פאראויס.


יישר כח אויף אלע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט'ס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד וואס ער טוט מיט אייך, אז איר ווארט אין א מזל'דיגע שעה. און זיכער זאלט איר יעדן טאג מתפלל זיין אז אלעס זאל אריבער גיין גרינגערהייט. מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויף אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש - זכותם יגן עלינו, און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, דערנאך זאל מען זאגן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


לכתחילה איז בעסער מען זאל נישט איינקויפן פון פאראויס פאר'ן קינד וועגן עין הרע און נאך כמה סיבות, אויך פלעגט מוהרא"ש זאגן נישט צו פרעגן דעם דאקטער וכו'.

#53 - איך וויל מחנך זיין מיינע קינדער, אבער איך פאל פון די כוחות
חינוך הילדים, רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חסידישע אידישע מאמע, און איך בין זיך מורא'דיג מחיה מיט די טעגליכע שיעורים און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין גאנצע לעבן צום גוטן.


איך וויל זייער אריינלייגן אין מיינע קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט, צניעות, און אמונה. הלואי וואלט איך זיי געקענט אריינלייגן אין די ברסלבע מוסדות, אבער דערווייל איז דאס נישט מעגליך, פרוביר איך כאטש איבערצוגעבן פאר זיי וויפיל איך קען, פון וואס איך הער און איך לערן פון די שיעורים.


דער פראבלעם איז אבער אז אסאך מאל פאל איך ממש פון די כוחות, איך שפיר זייער טרוקן און שוואך, און אסאך מאל בין איך אזוי אויסגעמוטשעט אז איך האב אפילו נישט קיין כח צו בעטן דעם אייבערשטן. ווען איך קען יא עפעס בעטן, בעט איך נאר אויף כח און געדולד. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה און הדרכה פאר מיר? אפשר עפעס א ספר אדער קונטרס וואס איך קען ליינען און דאס וועט מיר העלפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לייגט אריין אין אייערע קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט. די עיקר חינוך באקומען די קינדער פון די עלטערן; אז די עלטערן זענען מחנך די קינדער מיט ווארעמקייט און מיט ליבשאפט וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן.


איר דארפט זיך נישט צווינגען אריין צו לייגן די קינדער אין ברסלב; 'איר' זאלט זיין זייער 'ברסלב'ע מוסד', איר זאלט זיי געבן וואס די ברסלב'ע חדר און סקול געבט פאר די קינדער, איר זאלט רעדן צו זיי פון די שיינקייט און זיסקייט פון זיין א איד.


עלטערן דארפן אריין ברענגען אין די קינדער אז זיי זאלן וויסן דאס שיינקייט פון גיין איידל אנגעטון און דאס איבער געבן פאר זיי אויף א זיסע וועג, נישט אויף א וועג וואס די קינדער זאלן מיינען אז צניעות איז א קנס אדער א שטראף, און נאכדעם וועלן זיי זוכן וואו זיי קענען אנטלויפן פון די וועג פון די תורה און זיך אנטון נישט איידל חס ושלום.


איר בעט אן עצה איר זאלט האבן כח אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט; די עצה איז איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך. ווי מיר א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן באקומט ער מער כוחות אנצוגיין מיט'ן לעבן, ווי מער מען לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט באקומט מען הימלישע כוחות און מען קען אנציען זייער אסאך. פרובירט דאס אויס וועט איר זען וואונדער איבער וואונדער, אפילו איר וועט שפירן ווי איר פאלט פון די כוחות און איר קענט נישט מער אנגיין וכו' וכו', אבער אויב איר וועט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, איר וועט אים דאנקען און זאגן: "הייליגער באשפער, איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ! יישר כח פאר מיין זיסע לעבן, יישר כח פאר מיין הערליכע לעבן, יישר כח פאר מיינע זיסע קינדער, יישר כח פאר מיין מאן, יישר כח פאר אלעס", איר וועט אים לויבן בפרטי פרטיות אויף אלעס וואס ער געבט אייך, וועט איר שפירן ווי איר באקומט נייע כוחות.


פראבירט אויס דעם רבינ'ס וועג; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן אז א מענטש זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה) אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט גוטס אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט אז דוד המלך זאגט פאר'ן אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר' - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף די צרות, אז אפילו אין די צרה 'הִרְחַבְתָּ לִּי' - האסטו מיר ברייט געמאכט"; אזוי זאלט איר טון, איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און ווי מער איר וועט אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אייך וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן און עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער צו מגדל זיין אייערע קינדער בנקל ובנחת און זען פון זיי אסאך אידיש נחת.

#52 - וואס קען איך טון אויסגעהיילט צו ווערן פון הויט אויסשלאגן?
רפואה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג האבן eczema, אן אויסשלאג אויף די הויט, און ס'האט זיך אויסגעהיילט, אבער יעצט אפאר יאר שפעטער איז עס ווידער צוריק געקומען.


איך וויל וואס דער אייבערשטער ווייזט מיר מיט דעם, מיט וואס דארף איך זיך פאררעכטן? איז דא עפעס אין רבינ'ס ספרים וועגן דעם? קיין שום זאך קומט דאך נישט אויפ'ן מענטש פאר אומזיסט.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן וועסטו זיכער ווערן אויסגעהיילט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", קומט פון עצבות און מרה שחורה. "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה", אויך די דאקטורים זאגן דאס, "שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך; דעריבער האט דער רבי אונז אזויפיל מאל געזאגט און געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי הייבט אן דעם תורה: "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך בתמימות ופשיטות ער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה נג, יד): "יָּפָה תְּפִלַּת הַחוֹלֶה מִתְּפִלַּת אֲחֵרִים עָלָיו, וְהִיא קוֹדֶמֶת לְהִתְקַבֵּל", די תפילות פון א חולה פועל'ט ישועות און רפאות; דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה. טו תשובה, זאג פאר'ן אייבערשטן אויף דיין שפראך: "אייבערשטער איך טו תשובה אויף אלעס וואס איך האב געטון, איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע זינד און שיק מיר א רפואה שלימה", וועסטו זיכער בקרוב אויסגעהיילט ווערן.

#51 - ווי אזוי מאך איך מיין מאן זיין ערליך און וואויל?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און חיזוקים, א גרויסן יישר כח.


שוין א לענגערע צייט וואס מיין מאן גייט נישט דאווענען מעריב, ער קומט צוריק נאכמיטאג פון די ארבעט, און ער בלייבט אינדערהיים ביז אינדערפרי, און דאס טוט מיר זייער וויי. אויך גייט ער שוין בכלל נישט אין מקוה אינדערפרי, און איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך אים זאגן און מעורר זיין אויף דעם?


איך וויל אים נישט מצער זיין און צעברעכן, איך וויל אים נאר מחזק זיין, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון אויף א ריכטיגער וועג.


איך האף אז איר האט אן עצה פאר מיר, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל האט א מאן נישט ליב ווען מען הייסט אים וואס צו טון; א מאן האט נישט ליב ווען זיין ווייב ווערט אים ווי א משגיח און זיי הייבט אים אן זאגן: "גיי דאווענען", "גיי אין מקוה", "פארוואס לערנסטו נישט?" ער האט דאס שוין געהערט גענוג און נאך אין ישיבה.


דא דארף מען נוצן חכמה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס הייסט א קלוגע פרוי, ווידעראום א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי; א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז ער וועט זיך טוישן צום גוטן. ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


די קלוגע וועג איז: "סבלנות"; די קלוגע וועג איז נישט זאגן וואס צו טון נאר ארויסברענגען די גוטע געפילן וואס מען באקומט ווען מען טוט דאס און דאס. אנשטאט זאגן: "גיי דאוון מעריב", "גיי אין מקוה", "גיי לערן", קען מען זאגן ווען מען זעט אים לערנען אדער דאווענען: "איך האב אזוי ליב ווען דו לערנסט", "איך פריי זיך אז דו גייסט דאווענען", "איך קוק ארויף אויף דעם וואס דו שטרענגסט זיך אן צו גיין דאווענען"; אויף דעם וועג מעג מען רעדן און אויף דעם וועג וועט איר פועל'ן.


אלעס וואס איר ווילט פועל'ן וועט איר נאר קענען פועל'ן כל זמן איר וועט אים ווייטער ליב האבן, עס טאר נישט ווערן אפגעקילט דאס ליבשאפט, ווייל אויב עס ווערט אפגעקילט דאס ליבשאפט דעמאלט קען מען שוין גארנישט פועל'ן.


בעט'ס דעם אייבערשטער עס זאל אריין גיין א הייליקייט אין אים; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט שטייט'ס ביי די ליכט, לייגט'ס ארויף די הענט אויפ'ן פנים און בעט'ס און וויינט'ס צום אייבערשטן אויף אייער שלום בית, בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען געבן ליבשאפט פאר מיין מאן און מיין מאן זאל מיר געבן ליבשאפט; העלף אונז מיר זאלן לעבן מיט אהבה ושלום. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין א איד; ער זאל דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, ער זאל לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה אזוי וועלן מיר קענען צוזאמען אויפשטעלן א ערליכע שטוב; העלף אונז הייליגער באשעפער מיר זאלן זוכה זיין צו ערליכע קינדער"; און לייגטס צו אייערע אייגענע תפילות, ווייל יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און אייערע קינדער וכו' גייט ארויף צום אייבערשטן און מען זעט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - ווי אזוי קען מען זיך ארויסדרייען פונעם פלאקערדיגן יצר הרע?
קדושה, נסיונות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שרייב מיט א צעבראכן און צעשניטן הארץ, ווייל איך האב ב"ה חתונה געהאט, איך האב באקומען זייער א גוטע ווייב, א וואוילע ווייב, און א שיינע ווייב, זי שטעלט מיר אלעס צו און עס פעלט מיר גארנישט אינדערהיים, און פונדעסטוועגן ברענט אין מיר אזוי שטארק דער יצר הרע צו קוקן אויף אנדערע פרויען און צו קוקן שמוץ, אז איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


איך ווייס אז א בחור האט א תירוץ, און איך האב נישט, אבער וואס קען איך טון געראטעוועט צו ווערן פון מיין פלאקערדיגע יצר הרע? אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה פאר אונזער דור דעם הייליגן רבי'ן צו ראטעווען אלע נשמות וואס פאלן אראפ אין עבירות און זיי ארויס נעמען פון שאול תחתית ומתחתיו.


די עצה פאר דיר איז אז דו זאלסט זיך מקרב זיין צום רבי'ן, דו זאלסט אנהייבן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן וועסטו טרעפן גוטע עצות ווי אזוי זיך צו ראטעווען פון די יצר הרע וואס פלאקערט אין דיר. מאך זיך א שיעור אין ספר 'קדושת ישראל' וואס איז געשטעלט אויף די עבירה, וואו עס ווערט געברענגט פול עצות ווי אזוי ארויס צו קריכן פון דעם, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען דעם ספר 'אוצר הקדושה' וואס איז אויך פול מיט עצות ווי אזוי ארויסצוקרכן פון די עבירה; ווייל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון ניאוף, ער קוקט עבירות און נאכדעם איז ער פוגם בברית, ער איז מוצא זרע לבטלה איז אים זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דאס רייסט אויס די שכל און פארשטאנד פונעם מענטש ביז מען ווערט אומגליקליך, מען פארלירט אלעס - אפילו דאס געזונט, אזוי ווי דער שלחן ערוך זאגט (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): "שִׁכְבַת הַזֶּרַע הוּא כֹּחַ הַגּוּף וּמְאוֹר הָעֵינַיִם, וְכָל זְמַן שֶׁתֵּצֵא בְּיוֹתֵר, הַגּוּף כָּלָה וְחַיָּיו אוֹבְדִים". מען פארלירט די גאנצע כח.


דער עיקר זאלסטו ארבעטן אויף צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך לויפט ער נישט צו נארישקייטן, ער איז בעל הבית אויף זיך און ער קען קאנטרעלירן זיין מח. אלע עבירות קומען נאר פון עצבות און מרה שחורה, א מענטש פארלירט זיין שכל דעמאלט פאלט מען אראפ, אבער ווען א מענטש איז פרייליך, ער דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, דעמאלט – זאגט דער רבי - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס ער זאל נישט אראפ פאלן אין פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


אויך זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר און אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן; איך האב א טייערע ווייב, זי איז אזוי גוט צו מיר, מיט דעם אלעם לויף איך קוקן אויף פרעמדע פרויען, איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס, איך זע נישט קיין שום וועג ארויס פאר מיר, נאר דו הייליגער באשעפער קענסט מיר ארויס נעמען פון דעם"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#49 - ווי מער איך קום צוריק צום אייבערשטן, שפיר איך אז ער דארף מיר נישט
התחזקות, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש קומט צוריק צום אייבערשטן, שפירט ער אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, ווייל איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז נאר ביי מיר אזוי, און יעצט זע איך אז דאס איז די זעלבע ביי יעדן איינעם.


ביי מיר גייט עס אבער נאך ווייטער, די געפיל אז דער אייבערשטער דארף מיר נישט, מאכט מיר אז איך זאל ווערן שוואכער אין לערנען, אין דאווענען, און נאך מער אראפפאלן רחמנא ליצלן.


וויל איך וויסן אויב דאס איז אויך א נארמאלע זאך ביי יעדן איינעם, אדער איך בין דער פראבלעם? און וואס איז די עצה דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר וכו'; עס איז נישט אמת אז דער אייבערשטער דארף דיר נישט, פארקערט, דער אייבערשטער שטייט און ווארט יעדע רגע דו זאלסט צוריק קומען צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם; "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", און ווער עס וויל צוריק קומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריק קומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ רייסט זיך ארויס פון דארט און ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


די מחשבות וואס דו טראכסט אז דו ביסט שוין נישט ווערד און דער אייבערשטער דארף דיר נישט - דאס איז עצת היצר. ער שפילט מיט יעדע מענטש דעם זעלבן שפיל; קודם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות און שפעטער ווען ער זעט אז דער מענטש וויל תשובה טון לייגט ער אריין אין אים א סם המות, אז דער מענטש הייבט אן טראכטן אז מען דארף אים נישט, ער הייבט אן דמיונ'ען אלע סארט דמיונות רחמנא לצלן אז ער איז שוין דערנאך חס ושלום.


אז דו ווילסט פטור ווערן פון די מחשבות זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך: 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען האט שוין געוואלט זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע, און דאס וואס מען שפירט אז מען דארף אים נישט וכו'.


פאלג דעם רבי'ן; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהין גיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און דו דארפסט מיר נישט. איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות אז 'איך בין שוין א פארפאלענער', איך בין אזוי דערשראקן פון די מחשבות אז דאס אליינס מאכט מיר איך זאל נאך מער אראפ פאלן, איך פאל און איך פאל אראפ ביז איך טראכט אז איך קען שוין נישט תשובה טון.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן. איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס און שמוציגע קליפס, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר; מיינע אויגן זענען צו דיר געוואנדן: הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם, כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ - כֵּן עֵינֵינוּ אֶל ה' אֱלֹקֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#48 - איר קענט מיר געבן חיזוק אויף ליינען קריאת שמע שעל המטה?
התחזקות, שלאפן, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, יעדע גוטע זאך וואס איך טו, איז נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל זייער ליינען יעדע נאכט קריאת שמע שעל המטה, אבער ס'קומט מיר אן זייער שווער, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן אביסל דברי התעוררות און חיזוק אויף דעם ענין.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס נעמט נישט לאנג צו ליינען קריאת שמע; דאס גאנצע קריאת שמע ליינען נעמט אינגאנצן אפאר מינוט.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב קריאת שמע שעל המטה איז, וואלט מען מער נזהר געווען אין דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקין; זאלסטו פון היינט ליינען קריאת שמע שעל המיטה וועסטו אוועק נעמען אלע שלעכט פון דיר. אויך זאלסטו זיך מתודה זיין ביים ליינען קריאת שמע (אזוי ווי עס איז געדרוקט אינעם נוסח האריז"ל) ווייל רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך דערביי מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


ברכת המפיל זאגט מען גלייך פאר מען ליינט קריאת שמע אזוי ווי עס איז געדרוקט אין סידור עת רצון.


אויך זאלסטו מקפיד זיין אויף נעגל וואסער, ווייל נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט.


עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


מענטשן מיינען אז נעגל וואסער איז א מנהג וכו' דערפאר איז מען מזלזל אין דעם, אבער דער אמת איז אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו וואשן נעגל וואסער. דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) אז בשעת א מענטש שלאפט און זיין נשמה גייט ארויף קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק און דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים, אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה, דאס זאלסטו בעטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען צו ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן. העלף מיר איך זאל מיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד.


הייליגער באשעפער, יעדע נאכט ווער איך אזוי פויל, איך דריי מיר אהער און אהין, איך פארברען די נאכט מיט נארישקייטן און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט אן קריאת שמע און אן נעגל וואסער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל מיך קענען צוזאמנעמען צו גיין שלאפן צייטליך, מיט יראת שמים. העלף  מיר אז איך זאל זיך מתודה זיין פאר איך גיי שלאפן און איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע וואס מאכט מיר טראכטן: 'מארגן'; 'מארגן וועל איך ליינען קריאת שמע'; 'מארגן וועל איך טון וואס איך דארף יעצט טון'; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טראכטן פון תכלית, אז עס קען זיין אז היינט איז מיין לעצטע טאג בזה העולם, וועל איך ליינען קריאת שמע און זיך מתודה זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#47 - ווי אזוי קען א פרוי אפוואשן די נשמה פון שמוציגע פלעקן?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש טוט עבירות, אפילו ער טוט תשובה, בלייבט נאך איבער שלעכטע זאכן אין אים פון די עבירות, אזוי ווי ווען א מענטש הערט אויף רויכערען, בלייבט נאך איבער די סימנים אויף זיינע לונגען. און דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט געזאגט אז די איינציגסטע עצה צו רייניגן די נשמה אינגאנצן איז נאר דורכ'ן לערנען תורה.


איז מיין שאלה וואס קען א פרוי טון אפצואוואשן די פלעקן פון די נשמה? א פרוי לערנט דאך נישט קיין תורה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט.


ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים. זיי מיר מוחל אויף ... וואס איך האב געטון; איך זאג דיר צו אז איך גיי עס מער נישט טון. איך האב עס נישט געטון פון מיין אייגענע ווילן, נאר איך האב אזא גרויסער יצר הרע וואס ברענט אין מיר, און ווארפט מיר אראפ אין עקלדיגע מעשים. טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט נאכלויפן קיין שלעכטע מעשים", איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


אזוי זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; איר זאלט אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז עס רעדט זיך בעסער אין אידיש זאל מען רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אז עס רעדט זיך בעסער אין ענגליש זאל מען רעדן אין ענגליש - יעדער איינער אויף זיין שפראך, איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס.


ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, און איינמאל אז מען האט אמונה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה, ווייל א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, וואס איז יא שייך ביי פרויען? אויפציען ערליכע דורות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר; א פרוי וואס ציט אויף אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים איז דאס אזוי ווי זי אליינס לערנט און דאס איז איר זכות.


דערפאר, אז איר ווילט פאררעכטן אייערע מעשים, זאלט איר מחנך זיין אייערע קינדער לתורה ולמעשים טובים.

#46 - אז א פרוי דארף שערן די האר, איז טאקע אזוי הארב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שווער פאר מיין ווייב צו שערן די האר, אפשר קענט איר שרייבן איבער דעם ענין פון שערן די האר ביי חתונה געהאטע פרויען. איז עס טאקע אזוי הארב, אדער איז עס נאר א תקנה פון די ועד ארבע ארצות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ איר האר נאך איר חתונה; עס איז א סגולה פאר קינדער צדיקים, פאר עשירות און פאר אלעס גוטס. קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דאס וואס מען זעט ביי געוויסע פרויען אז זיי פלעגן גיין אפגעשוירן און שפעטער זענען זיי מחליט צו בלייבן מיט זייער האר וכו'; רוב מאל רעדט זיך דאס פון פרויען וואס זענען אריבער א שווערע יוגנט השם ישמרינו, אדער האט מען זיי געטשעפעט און גע'רודפ'ט אדער אויסגענוצט וכו' רחמנא לצלן, און אלץ רעזולטאט זענען זיי זייער צעקלאפט אינעווייניג, דערפאר טוען זיי דאס און זיי טוען זיך אן נישט בצניעות מיינענדיג אז דאס וועט זיי מאכן שפירן גוט.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי, אז מען זאל נישט צופיל פארלאנגען זי זאל זיך אפשערן ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, מען דארף שיין רעדן איבער דאס גרויסקייט דערפון באופן כללי - נישט דירעקט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין דיין ווייב; מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן.


דא האסטו א תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִּיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקַייט אִין מַיין וַוייבּ זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשֹׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער ס"מ זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, יֶעדֶעס מָאל אִיךְ רֶעד צוּ מַיין וַוייבּ וֶועגְן אִירֶע הָאר וֶוערְט זִי בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן זִי וִויל נִישְׁט הֶערְן וָואס אִיךְ זָאג אִיר. אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן, פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִּי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקַייט, זִי וֵוייסְט פָּשּׁוּט נִישְׁט דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִּיר מַיין זִיסֶער בַּאשֶׁעפֶער: "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִּי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".


וויסן זאלסטו אז אויף די וועלט דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויף די ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט. געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער; מיט תפילה וועסטו אלעס פועל'ן.


א ליכטיגן חנוכה.

#45 - יעדן טאג דארף מען בעטן פאר געזונטע קינדער
רפואה, קינדער, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך בין זיך זייער מחזק מיט זיי, יישר כח.


איך האב ב"ה חתונה געהאט, און מיר האבן ב"ה זייער א שיין לעבן, און מיין ווייב ווארט שוין ב"ה וכו', דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער אז אלעס זאל זיין כשורה.


מיר פרובירן צו פירן אן ערליכע אידישע שטוב ווי עס דארף צו זיין, אבער א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און מ'קען אמאל טון זאכן וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן, למשל בייטאג וכו', און דאס באזארגט מיר צי איך וועל נישט געשטראפט ווערן צו האבן נישט געזונטע קינדער רחמנא ליצלן. אפשר אויב פיר איך זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, קען דאס שאטן פאר מיינע קינדער.


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר – אז דו האסט חתונה געהאט און יעצט ווארט איר שוין למזל טוב; זאלסט נישט אויפהערן צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו זען ווייטער חסדים.


מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין זְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, בִּזְכוּת זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ הֶעלְפְן מַיין וַוייבּ זִי זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אוּן זִי זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס זִי וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן אוּנְז אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל אוּנְז נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף אוּנְז אַז מִיר זָאלְן זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מַיין וַוייבּ זִי זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק אִיר גַאנְצֶע לֶעבְּן אוּן מִיר זָאלְן אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


איך שיק דיר אויך א תפילה פאר דיין ווייב וואס זי זאל מתפלל זיין יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט וכו'; עס איז נישט שייך מאריך צו זיין אין דעם ענין אויפן פאפיר וכו', איין זאך זאלסטו געדענקען - דאס וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת, ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'".


 א ליכטיגן חנוכה.

#44 - וויפיל איז דער שיעור אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל?
התחזקות, תהלים, לימוד התורה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין נאכאמאל און נאכאמאל? איך בין שוין אראפגעפאלן טויזנטער מאל און זיך מחזק געווען, איך שפיר אז ס'איז פאלש צו זאגן אז איך גיי יעצט אנהויבן נאכאמאל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


סתם זיך שטארקן און גארנישט טון - דאס הייסט נישט אז מען איז זיך מחזק; דער רבי האט וואונדערליכע עצות וואס ווער עס טוט די עצות איז זוכה ארויס צו גיין אפילו פון די גרעסטע בלאטע, אבער די עצות העלפט נישט נאר מיט איין תנאי: אויב מען טוט די עצות! אויב מען דריידט זיך אין ברסלב און מען טוט נישט וואס דער רבי זאגט קען מען זינגען א גאנצן טאג: "שטארק זיך", "שטארק זיך", "שטארק זיך", אבער עס וועט גארנישט נוצן.


אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע נפילות, פארוואס זאלסטו נישט טון וואס דער רבי זאגט?! דער רבי געבט אונז גרינגע עצות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דערפאר אז דו ווילסט באמת א וועג ארויס פון דיינע עבירות, הייב אן זאגן אביסל תהלים יעדן טאג וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן. תשובה איז נישט פאסטן, תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן; תשובה איז צו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, איך הייב אן פון היינט צו גיין אין שול דאווענען, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע"; עס איז זייער גרינג צו זיין צעבראכן און עס איז זייער גרינג אויפצוגעבן און האבן טענות אויף יעדן איינעם, אבער אזוי וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, אויב דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועסטו זען ווי צוביסליך קריכסטו ארויס פון דיינע עקלדיגע מעשים.


נאך אן די עצה פאר דעם איז תורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועסטו זען ווי די תורה שלעפט דיר ארויס פון בלאטע.

#43 - ברסלב איז דאך אזוי שיין, פארוואס איז אבער דא דארט אזויפיל מחלוקת?
חסידות ברסלב, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען נתקרב צו ווערן צו ברסלב, דאס איז געווען גענוי א יאר צוריק ווען איך זיך אנגעטראפן בהשגחה פרטית אין די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האב איך נאכנישט פארפאסט קיין איין שיעור, און דאס האט געטוישט מיין לעבן אינגאנצן צום גוטן, איך האב די פארגאנגענע יאר צום ערשטן מאל אין לעבן מעביר סדרה געווען די גאנצע יאר, כ'האב מסיים געווען ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל, און איך האב דורכגעלערנט טויזנט בלאט גמרא בלויז אין די לעצטע יאר, און אין נאך פילע הינזיכטן איז מיין לעבן געטוישט געווארן מיט די פילע עצות און חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח ממשיך צו זיין מיט די עבודת הקודש.


לעצטנס האט מיר אבער אנגעהויבן עגבערן א זאך, פון איין זייט זע איך די הערליכקייט פון ברסלב'ע חסידות, ווי שטארק דער רבי העלפט מיר מיט זיינע עצות אויף טריט און שריט, אבער פון די אנדערע זייט זע איך אויך אז ס'איז דא אסאך מחלוקת אין ברסלב, מ'קריגט זיך ארום איינער מיט'ן צווייטן, און דאס מאכט מיר אויסקוקן אז עפעס טויג נישט דא.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר, ווייל איך ווייטער זייער שטארק אנהאלטן מיט דעם הייליגן דרך פון רבי'ן וואס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן.


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אין בלויז איין יאר... איך האב איבערגעליינט דיין בריוו נאכאמאל און נאכמאל צו זען אויב איך ליין גוט, שטוינענדיג צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אנצוקומען אין איין יאר אויב ער פאלגט דעם הייליגן רבי'ן. דו שרייבסט אז דו האסט אנגעיאגט צו לערנען דעם יאר חמשה חומשי תורה, ששה סדרי משנה און טויזנט דפים גמרא; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווייטער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


בנוגע מחלוקת צווישן ברסלב'ע חסידים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוויסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ווי א טויטער מענטש, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, אבער יעצט האט אים דער רבי אויפגעוועקט און ער הייבט אן לעבן. נאכדעם זענען דא וואס נוצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם; זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דער תורה און זיך נאכדעם גוט אויסוויינען צום אייבערשטן אויף די תורה: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר; הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס: 'לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם', אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, דעמאלט ווערט מקוים וואס שטייט 'וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם', דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט; אין בית החיים דארט וועל איך גיין און מיין משפחה וועט מיר לאזן דארט אליין, נאקעט אויסגעטון קום איך דארט אהין, דארט וועל איך זיין איינער אליינס ליגן אין פעלד, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה, תפילה ומעשים טובים".


טייערער ברודער, יעדעס מאל דו האסט חלישות הדעת פון ברסלב'ע חסידים זאלסטו געדענקען אז דאס איז נאר דיר מרחק צו זיין פונעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן ש): "פַּעַם אַחַת אָמַר לִי: כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם, כָּל מַה שֶּׁנִּמְצָא בָּעוֹלָם, הַכֹּל בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה וְהַנִּסָּיוֹן", איינמאל האט מיר דער רבי געזאגט "אלעס וואס טוט זיך אויף די וועלט איז נאר עס זאל בלייבן א בחירה און עז זאל זיין נסיונות"; עס קען זיין אז די גאנצע מחלוקה וואס טוט זיך יעצט ביי ענק איז נאר אז דו זאלסט אוועק גיין און איין מאל דו וועסט אוועק גיין וועט אלעס ווערן מסודר.


פונקט ווי מען טאר נישט צעבראכן ווערן פון מניעות פון אינדרויסן אזוי אויך טאר מען נישט ווערן צעבראכן פון מניעות פון ברסלב'ע חסידים; דער עיקר דארף מען קוקן אויף זיך און שטענדיג מאכן א חשבון הנפש: 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, אז איך געטראפן א רבי וואס העלפט מיר און היילט מיר אויס וועל איך אים נישט אפלאזן וועגן קיין שום זאך אויף דער וועלט'.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת; קיינער זאל דיר נישט איינרעדן אז עס איז א מצוה צו קריגן אויף דעם און אויף יענעם, נישט פארדעם זענען מיר געקומען צום רבי'ן - צו מתקן זיין א צווייטן, מיר זענען געקומען צום רבי'ן זיך אליינס צו פאררעכטן; וויי פאר די וואס האבן א חלק אין מחלוקת, וויי פאר דער וואס טשעפעט א צווייטן איד.


אנטלויף פון א פלאץ וואו מען קריגט זיך. מוהרא"ש האט פארציילט אז איינמאל שבת אינמיטן דאווענען איז אריינגעלאפן א פרוי אין דעם בית המדרש פון רבי ישראל סאלאנטער זכרונו לברכה; מען האט נאך געהאלטן פאר קריאת התורה און די פרוי איז צוגעלאפן צום ארון הקודש און געוויינט מיט קולי קולות אז מען האט גענומען איר זון אין מיליטער, זי האט זייער געשריגן און מען האט איר נישט געקענט שטיל מאכן, צום סוף האט מען איר אנגעכאפט און ארויסגעטראגן פון שול. זעענדיג דאס האט זיך רבי ישראל סאלאנטער אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען פון בית המדרש, זאגנדיג: "אין א שול וואו מען האט נישט קיין רחמנות אויף א צעבראכענע פרוי און מען פירט זיך אויף מיט אזא רשעות, וויל איך נישט הערן קריאת התורה".


שטארק דיך ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן; וואויל איז פאר דעם וואס איז נאר פארנומען מיט זיך, מיט זיינע שיעורים כסדרן און האט נישט קיין צייט פאר מחלוקת און פאליטיק. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט ווען מען האט אים אמאל געפרעגט ווי אזוי ער האט זיך געקענט דערהאלטן ווען עס האט געברענט די מחלוקת אויף אים, האט ער געזאגט: "דער רבי האט מיר געגעבן אזוי סאך שיעורים וואס איך דארף לערנען יעדן טאג, אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן און צו ענטפערן פאר מיינע מתנגדים".


מוהרא"ש האט אונז געגעבן א צוואה וואס מען זעט נישט ביי אנדערע צדיקים אזא סארט צוואה, ווען מען ליינט די צוואה ווערט מען זייער נתעורר צו תשובה, מוהרא"ש שרייבט (סימן ט): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק", דאס זאל דיר ליגן שטענדיג פאר די אויגן: דו זאלסט זיך נישט מישן אין קיין שום מחלוקת, אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז עס איז א מצוה, זאלסט שטענדיג געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט, אז מיר זאלן נאר זיין פארנומען מיט זיך און נישט טראכטן פון א צווייטן.


א גוטן טאג.

#42 - ווי אזוי קען איך בארואיגן מיין ווייב, וואס ווערט זייער אנגעצויגן פאר יעדן יום טוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א הערליכע רואיגע שטוב ב"ה, פון מיט אמונה פשוטה, ווי אזוי דער אייבערשטער פירט איז, און אפילו ווען ס'קומט א שוועריקייט שטארקט מען זיך אז דער אייבערשטער פירט זיכער אלעס צום גוטן, און דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן אז אלעס וועט אריבערגיין בשלום.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב חתונה געהאט מיט מיין ווייב, זייער א וואוילע פרוי, די שלום בית איז געוואלדיג ב"ה, מ'העלפט זיך און מ'איז איבערגעגעבן איינער צום צווייטן, מיר האבן ב"ה עטליכע ליכטיגע קינדער, און איך שפיר ממש ווי די שכינה רוהט ביי מיר אין שטוב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב נעמט זייער שווער ווען ס'דא אסאך ארבעט אין שטוב, דאס מאכט זיך ספעציעל פאר יעדן יו"ט, זי קען נישט נעמען דעם געדאנק אז ס'גייט קומען אזויפיל ארבעט, זי ווערט געפערליך נערוועז דערפון און איך קען איר ממש נישט בארואיגן, עד כדי כך אז זי קען בכלל נישט הנאה האבן פון א יו"ט, זי קען קוים ווארטן דער יו"ט זאל אריבערגיין און מ'זאל צוריקגיין צום נארמאלן סדר היום.


און דער פראבלעם ווערט גרעסער אז איך האב ממש נישט קיין וועג ווי אזוי איר צו העלפן, אויב שאר איך זיך ארויף די ארבל און נעם זיך העלפן, ווערט זי זייער צעבראכן ווייל דאס מאכט איר שפירן אז זי קען נישט אליין טון די ארבעט, און זי הייסט מיר גלייך אויפהערן. אויב העלף איך נישט און איך מאך זיך נישט וויסנדיג, ווערט זי זייער ברוגז, און מיט רעכט, פארוואס איך פארשטיי איר נישט. אויב רעד איך יא, איך ווייז ארויס מיטגעפיל און איך זאג איר אז איך פארשטיי ווי שווער ס'איז איר ארבעט זיך אפצוגעבן מיט'ן אזויפיל זאכן, מיט קאכן, איינקויפן קליידער, און אכטונג געבן אויף די קינדער,  מאכט דאס איר אויך נישט רואיג אויפ'ן הארצן, זי הויבט אן וויינען און זיך אפרעדן אויף זיך אליין אז זי איז אזוי שלעכט, אז זי קען נישט אנקומען צו טון איר ארבעט ווי עס דארף צו זיין, עס שטערט איר זייער אז איך קען זיך האלטן רואיג אפילו אין אנגעצויגענע מצבים, און זי קען דאס נישט באווייזן.


און דאס איז נישט נאר ממש פאר יו"ט, נאר חדשים פריער קען זי זיך שוין זארגן וואס זי גייט טון ווען ס'גייט קומען יו"ט, אדער אן אנדערע פארנומענע צייט, ווי אזוי וועט זי קענען אניאגן מיט אלעס.


איך מיין אז זי האט ב"ה די כוחות אלעס צו טון, נאכדערצו ווען איך לייג צו א האנט, און מיר האבן נאך הילף אויך פון רוימערקעס, איך מיין אז איר פראבלעם איז נאר אין מח, זי איז ב"ה געזונט און שטארק בגוף ובנפש, נאר ווען ס'קומט צו דעם ענין ווערט איר מח פארקנאקט, און זי קען נישט גלויבן אז זי וועט עס קענען באווייזן.


איך וואלט ווען געדארפט מער אריינברענגען אמונה פשוטה אין שטוב, אז דער אייבערשטער געבט נישט פאר א מענטש א נסיון אדער שוועריקייט וואס ער קען נישט פארנעמען, דארף איך אויך וויסן א וועג ווי אזוי מ'ברענגט אריין אמונה אין שטוב, נישט אז איך בין שוין אינגאנצן אויסגעארבעט מיט א ריינע אמונה, אבער איך שפיר אז ווען איך וועל אריינברענגען מער אמונה אין מיר און אין מיין ווייב, וועט אלעס גיין כשורה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער ווי אזוי דו קענסט בארואיגן דיין ווייב - נאר דורך אמונה.


וויסן זאלסטו אז אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען וואס מענטש ליידן לא עלינו; בפרט גייסטישע פראבלעמען. אלע נערוון, פחדים, דמיונות וכו' וכו' קומט מחמת חסרון אמונה, און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די פשוט'ע ריינע אמונה אלץ מער ווערט מען רואיג און פרייליך, מען לעבט נישט מיט קיין לחץ און מען האט נישט קיין פחדים וכו'.


אויף דיין פראגע ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צו ברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כי כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; ביי אנשי שלומינו איז דער תורה די צוואה פון רבי'ן, דעם תורה 'תקעו תוכחה' האט דער רבי געזאגט דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן (עיין פעלת הצדיק, סימן תתרט).


דער הייליגער רבי - ער לערנט אונז אויס צו האבן אמונה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער מאמע לשון, דאס אליינס ברענגט אמונה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט איינגעבאקן אין אים די אמונה.


די ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, מאך זיך א תפילה אין אידיש: "רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר און פאר מיין ווייב און קינדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיין ווייב זי זאל האבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט, זי זאל נישט ווערן דערשראקן פאר א יום טוב וכדומה"; אזוי זאלסטו בעטן פאר איר זי זאל האבן שטארקע נערוון און נישט צעפאלן ווערן פון אסאך ארבעט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


צווייטנס בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער האבן סבלנות צו דיין ווייב; וואויל איז דיר אז דו רעדסט צו איר שיינע ווערטער און דו בארואיגסט איר. מיין נישט אז דיינע ווערטער טוען נישט אויף ווען דו פרובירסט איר צו מחזק זיין און זי קלאפט זיך נאך אלץ אראפ וכו', ווער נישט פארלוירן ווען זי וויינט צו דיר און זי קלאפט זיך אראפ אז זי קען נישט טון אלע ארבעט וכו'; דו זאלסט איר ווייטער אויסהערן און איר ווייטער מחזק זיין, ווייז איר אז דו פארשטייסט איר - וועט זיך אלעס איבער דרייען.


מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן - בפרט ווען עס קומט צו שלום בית; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף דברים שבינו לבינה וויפיל בענדער ליקוטי הלכות איך האב געשריבן"; ווען א פרוי שפירט ווי איר מאן פארשטייט איר צער און ווייטאג דאס אליינס בארואיגט איר.


דריטנס זאלסט אריין נעמען אין דיר אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס וואס מיר זען אויף דער וועלט איז נאר דער אייבערשטער. דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי און מדבר עס זאל אויס זען ווי עס איז דא א וועלט.


אז דו וועסט האבן א ריינע אמונה וועט דאס ממילא אריין גיין אין דיין שטוב, אין דיין ווייב און קינדער און מען וועט שפירן א אמת'ע רואיגקייט אין שטוב.

#41 - ווי אזוי קען איך גלייבן אז איך גיי האבן פרנסה, ווען איך ווייס מיינע עבירות?
קדושה, אמונה, פרנסה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט לעצטנס אויף א "חיזוק יומי" אז אמונה ציט צו זיך די ישועה, ווען א איד גלייבט אמת'דיג אז ער וועט געהאלפן ווערן, וועט ער טאקע געהאלפן ווערן, צום ביישפיל אויב גלייבט א מענטש אז ער וועט האבן פרנסה, וועט ער טאקע האבן. ווען א מענטש זעט אז ס'גייט אים נישט קיין איין דזשאב און הערט אויף גלייבן אז ער קען נאך אמאל פרנסה, דאס אליין מאכט אים אז ער זאל טאקע נישט האבן קיין פרנסה.


מיין שאלה איז אז דער רבי זאגט דאך בפירוש אז דורך פגם הברית האט מען נישט קיין פרנסה, מוז איך דאך גלייבן מיט אמונת צדיקים אז ס'איז טאקע אזוי, און אזוי ווי איך ווייס דאך מיינע פראבלעמען, דעריבער יעדעס מאל וואס איך גיי צו צו א נייע ארבעט אדער ביזנעס, זאג איך מיך אליין אין מח אז ס'וועט זיך זיכער נישט אויסארבעטן גוט, ווייל איך דאך נישט אזא ערליכער איד.


איז די שאלה ווי אזוי קען איך טאקע גלייבן אז איך וועל יא מצליח זיין אין פרנסה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; אז מען איז נכשל געווארן מיט עבירות טאר מען זיך נישט פארלירן און זיך אראפקלאפן צוליב דעם, נאר מען דארף זיך גלייך אומקערן צום הייליגן באשעפער.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען צו מתקן זיין דורך דעם די עבירה פון פגם הברית [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ]; בפרט אז דו ביסט אראפגעפאלן אין די עבירה רחמנא לצלן און דו האסט נישט עומד געווען בנסיון זאלסטו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים. אז דו קענסט גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בניקל.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן פרנסה גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, געב מיר פרנסה איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער. זיי מיר מוחל רבונו של עולם אויף מיינע עבירות; איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי מער נישט זינדיגן. העלף מיר איך זאל קענען עומד זיין בנסיון, וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל?" אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועט ער דיר העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה בשפע. אבער נאר אז דו וועסט זיך נישט פארלירן און מייאוש ווערן; קלאפ זיך נישט אראפ, נאר גיי ארום מיט א מחשבה אז דו גייסט מצליח זיין און אזוי וועסטו טאקע מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#40 - וואס טוט מען ווען מ'איז אמאל א גלח און אמאל א מלאך?
תשובה, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין בטבע א מענטש וואס מ'רופט "אמאל א גלח און אמאל א מלאך", אסאך מאל פיל איך מורא'דיג דערהויבן, איך שפיר אז איך בין נאנט צום אייבערשטן, אבער אסאך מאל פיל איך זייער ווייט פונעם אייבערשטן.


געווענליך ווען אייבערשטער שפיר אמת'דיג דערהויבן, כאפ איך נאכדעם אזא שטארקע קלאפ אז איך פאל ממש אריין אין שאול תחתית, און דעמאלט טראכט איך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט צו זיין נאנט צום אייבערשטן אויב קומט נאכדעם אזא קלאפ, לא מדובשך ולא מעוקצך.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם הייליגען רבינ'ס ספרים איז די עצה פאר דיר; דער רבי איז מחזק א מענטש אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט זיך נאכאמאל אין די הענט פונעם יצר הרע, נאר מען זאל ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא", ווען א מענטש שפירט ווי ער פאלט אראפ פון זיין מדריגה זאל ער וויסן דאס איז פון הימל, "כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת", ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז מקרב דעם מענטש צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס וואס מען שפירט זיך אראפגעפאלן איז נאר אז מען זאל זיך מער דערנענטערן צום אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה איז מען זאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי כאילו מען האט נאך קיינמאל נישט עוסק געווען אין דעם, "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה' שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", זיך כסדר באנייען איז א גרויסע יסוד אין עבודת השם, מען זאל שטענדיג אנהייבן פון פריש צו דינען דעם אייבערשטן, און ר' נתן פירט אויס: "וְעַיֵּן עִנְיָן זֶה עוֹד בְּכַמָּה מְקוֹמוֹת בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כַּמָּה צָרִיךְ הָאָדָם לְהִתְחַזֵּק בַּעֲבוֹדַת ה' וְלִבְלִי לִפֹּל מִשּׁוּם דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", לערן דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זען ווי סאך מען דארף ארבעטן אויף דער נקודה - זיך כסדר אויפצופרישן און זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. עַיֵּן הֵיטֵב בְּעִנְיָן זֶה, וְיֶעֱרַב לְךָ לָעַד.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועסטו נישט ווערן צעפאלן פון גארנישט; אפילו דו וועסט שפירן ווייטער ווי דו האלסט אין איין אראפ פאלן וכו' וועסטו דאס נישט אנקוקן ווי א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, הער נישט אויף אים צו בעטן: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק". וויסן זאלסטו אז יעדעס ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן גייט ארויף אויבן אין הימל. נאך מער שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קנ:) אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש זעט אז ער איז נאך ווייט פון קדושה זאל ער בענקען און האפן צו זיין גוט, ווארטן און וועלן זיין ערליך, ביז ער וועט זוכה זיין צו זיין שטארק און דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, איז דאך זיכער אז קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, עס נעמען זיך צוזאמען אלע גוטע ווערטער ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#39 - קען איך אפשר האבן א תפלה אויפצושטיין צייטליך?
שמחה, עצות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע און שיינע דרשות. איך האב געוואלט בעטן אויף דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן א תפלה צו זאגן יעדע נאכט צו קענען אויפשטיין צייטליך אינדערפרי יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח, שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא האסטו א תפילה אויף צו קענען אויפשטיין אינדערפרי:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר מיין לעבן; איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, אז איך בין א איד און נישט קיין גוי, איך דאנק דיר באשעפער אז איך קען זען, איך קען שטיין און איך קען זיך באוועגן.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט זיין דעפרעסט, עס איז מיר ממש אוממעגליך אויפצושטיין אינדערפרי, איך האב נישט קיין חשק ארויס צו קומען פון בעט ווייל איך בין זייער צעבראכן; דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות, ער רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און ער ברענגט אריין אין מיר מחשבות זרות כאילו איך בין שוין פארפאלן, אז איך קען שוין נישט תשובה טון און אז מיין תורה און מצוות גייען צו די סטרא אחרא. דאס מאכט מיר זייער צעבראכן און איז גורם אז איך בלייבן אין בעט שלאפן.


העלף מיר איך זאל וויסן אז דאס אלעס קומט פונעם יצר הרע, ווייל באמת האסטו מיר זייער ליב און דו ווארסט אויף מיין תורה ותפילה; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו איך האב געזינדיגט קען איך תשובה טון, אזוי וועל איך אויפשטיין פרי, איך וועל לויפן אין מקוה און נאכדעם וועל איך גיין לערנען און דאווענען".


וויסן זאלסטו אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות און מרה שחורה, אויך דער פראבלעם פון נישט אויפשטיין קומט פון דעפרעסיע; דעריבער דארף מען זיך נייטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. זע צו הערן מוזיק יעדן טאג, טאנץ יעדן טאג און זיי זיך מחזק זיין אויף אלעס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אינדערפרי.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, ר' נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.