שאלה אין קורצן ענין
#35 - זאל איך גיין אין מקוה, אז איך קען זיך נישט היטן די אויגן?
קדושה, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל גיין אין מקוה יעדן טאג, ספעציעל וויל איך גיין אויב איך בין דורכגעפאלן, אבער עס מיר שווער צו גיין אין מקוה, ווייל איך קען זיך נישט היטן מיינע אויגן אין די מקוה, און נאכדעם בלייב איך טראכטן שלעכטע מחשבות א גאנצן טאג, און עס ברענגט מיר צו נאך שלעכטס.


דארף איך גיין אין מקוה, איז גענוג פאר מיר צו נעמען א שויער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע זאך איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים.


גיי פרי ווען די מקוה איז ליידיג - אזוי וועט דיר זיין גרינגער. האלט זיך נישט צוריק פון גיין אין מקוה, זיי מקפיד צו גיין אין מקוה - בפרט ווען דו דארפסט א מקוה, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוויסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט א מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - דארף מען זאגן תיקון הכללי ווי פריער?
קדושה, קליידער, מקוה, תיקון הכללי, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב נאכ'ן דורכפאלן אין מקרה לילה רחמנא ליצלן דארף מען זאגן תיקון הכללי דוקא פאר'ן דאווענען, אדער איז גוט אויך אויב מען זאגט עס נאכ'ן דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז אדורכגעפאלן מיט מקרה לילה - זאל מען וואס פריער לויפן אין מקוה, און איידער מען טובל'ט זיך זאל מען זיך אפוואשן, מען זאל זיין ריין.


בעסער איז ווי פריער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רה; חלק ב', סימן צב): "תִּקּוּן לְמִקְרֵה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווי אזוי פאררעכט מען די פגם פון מקרה לילה? "לוֹמַר עֲשָׂרָה קַפִּיטְל תְּהִלִּים בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁאֵרַע לוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין די טאג וואס עס האט פאסירט די זאך; די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט: מִכְתָּם לְדָוִד – טז, לְדָוִד מַשְׂכִּיל – לב, אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל – מא, כְּאַיָּל תַּעֲרֹג – מב, לַמְנַצֵּחַ אַל תַּשְׁחֵת – נט, לַמְנַצֵּחַ עַל יְדוּתוּן – עז, תְּפִלָּה לְמשֶׁה – צ, הוֹדוּ לַה' קִרְאוּ בִּשְׁמוֹ – קה, עַל נַהֲרוֹת בָּבֶל – קלז, הַלְלוּ-יָהּ הַלְלוּ קֵל בְּקָדְשׁוֹ - קנ, און דער רבי האט געזאגט: "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לְאָמְרָם בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם", ווער עס איז זוכה צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - "אֵין צָרִיךְ לִפְחֹד עוֹד כְּלָל מִפְּגָם הַנּוֹרָא שֶׁל הַמִּקְרֶה, חַס וְשָׁלוֹם", דארף מער נישט מורא האבן פון די שרעקליכע פגם פון מקרה לילה, "כִּי בְּוַדַּאי נִתְתַּקֵּן עַל יְדֵי זֶה", ער האט דאס זיכער פארראכטן.


אויך איז וויכטיג צו אכטונג געבן נישט צו גיין מיט די קליידער וואס איז שמוציג, סיי די בעט געוואנט און סיי די קליידער אויף זיך. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגת האדם, סימן יא): "ויזהר שיהיו בגדיו, הכתונת ומכנסים, מנוקים מלכלוך וצואה ושכבת זרע חס ושלום", מען זאל זיך אכטונג געבן אז די העמד און הויזן - זאלן זיין זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - איך וויל פשוט זיין א איד, ווי אזוי בין איך זוכה צו דעם?
קדושה, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, ניבול פה, נסיונות, טעלעפאן, חברים, בחור, עבודת השם, מקוה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר אויף די הערליכע בריוו און ברסלב'ע גליונות, עס געבט מיר אסאך חיזוק.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה, איך בין א 19 יעריגער בחור, איך לערן אין א גוטע ליטווישע ישיבה, אבער איך האלט אין איין אריינפאלן אינעם נעץ פון יצר הרע, איך פאל אריין אין פראבלעמען מיט קדושה נאכאמאל און נאכאמאל. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל פשוט זיין א איד, איך וויל מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, וואס קען איך טון ארויסצוקריכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג צו האבן נאר ערליכע חברים, אז דו הערסט רעדן ניבול פה - זאלסטו אוועקגיין פונעם שמועס; נעם זיך חברים וואס רעדן איידל, וואס רעדן ריין.


ווארף אוועק אלע כלים וואס מען קען קוקן אויף דעם מאוויס, אויסגעלאסענע בילדער און קליפס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, ווייל אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט - וועט ער בלייבן טמא; אז מען וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט. מוהרא"ש באטיטלט דעם קאמפיוטער, מחשב - מיט'ן טיטל 'מכשף'; דער קאמפיוטער - אויב איז דאס נישט מסונן, געפילטערט - ברענגט דאס כישוף, עס ברענגט אלע צרות.


מאך זיך א שיעור אין ששה סדרי משנה. הויב אן אנהויב סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים יעדן טאג - מה טוב ומה נעים, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיינע בלאטעס, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע פלעקן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיך נישט אזוי שנעל אפלאזן, ער געבט נישט אזוי שנעל אויף אויף זיינס א קרבן; ער וועט דיך נאכלויפן, ער וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


גיי זיך מתבודד זיין, שמועס מיט'ן אייבערשטן אין דיין שפראך, אין ענגליש. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, דער אייבערשטער האט געמאכט אלע שפראכן. רעד אין ענגליש, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און יעדע מאל פאלסטו נאכאמאל אראפ, דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן. וויין צו אים אין דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן - וועסטו זיך ריינוואשן, און מיט די צייט וועסטו פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - זאל איך לאזן מיין בחור גיין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין בחור איז יעצט בר מצוה געווארן, ער דארף אנהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג, אבער איך בין נישט רואיג מיט דעם. א מקוה איז געמאכט געווארן צו ברענגען מער קדושה וטהרה, אבער ליידער זעט מען ווי מענטשן ווייקן זיך אין מקוה ווי הערינגען און רעדן דארט אלע שטותים והבלים הויך אויפן קול.


איך ווייס אז מקוה איז באמת א גוטע זאך, די שאלה איז צו היינט איז נאכאלץ אזוי, היינטיגע צייטן ווען מ'נוצט דאס אויס פאר הוללות ופריקת עול, איז עס נאכאלץ א גוטע זאך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מקוה איז זייער א הייליגע זאך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת", דורך מקוה נעמט מען אראפ פון זיך אלע דינים, "וִישׁוּעָה בָּאָה", און מען זעט א ישועה; ווייל ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען די נשמה אויבן אין הימל.


זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן גיין אין מקוה און לערן זיי אויס נישט צו שמועסן אין מקוה, אבער נישט זאגן מבטל זיין מקוה ווייל מען שמועסט אין מקוה, באלד וועסטו זאגן מען זאל נישט קומען אין שול ווייל עס זענען דא מענטשן וואס שמועסן ביים דאווענען; זוך נישט קיין חכמות וכו', פיר זיך בתמימות ובפשיטות, דו גיי אין מקוה און לערן אויס דיינע קינדער צו גיין אין מקוה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה וועט מען האבן א תקוה, מען וועט אלעס פארעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


ביי אנדערע זאכן, ווי צום ביישפיל גיין אין גרויסע געשעפטן וואו עס איז שווער מיט שמירת עיניים - דארט זאלסטו נישט גיין און נישט נעמען דיינע קינדער, אדער צום ביישפיל פארן מיט'ן באן, וואס איז זייער שווער דארט מיט שמירת עיניים, גיין אין גאס וכדומה לזה, דארט זאלסטו זיך צוריק האלטן און אויך אכטונג געבן אויף דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#31 - בין איך ראוי צו מאכן בתים פאר די הייליגע תפלין?
שידוכים, התחזקות, קדושה, פרנסה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן א גרוש, פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך אנגעהויבן שטארקן מיט אמונה, און דאס העלפט מיר אריבערגיין די שווערע דורכגאנג.


מען טראגט מיר אן צו ארבעטן אין א פאבריק וואו מען מאכט בתים פאר תפלין, פארשטייט זיך אז צו דעם דארף מען האבן יראת שמים, איך ווייס אבער ביי מיר אז איך קען אמאל פאלן אין קדושה, איז מיין שאלה אויב איך מעג גיין ארבעטן אין אזא פלאץ?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיך שטארקן אריבערצוגיין די שווערע תקופה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארבעטן מיט תפילין.


געב אכטונג צו גיין אין מקוה יעדן טאג, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אינדערפרי נאך תפילת שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי": קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ - וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, און דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן.


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון. נאך האט דער רבי געזאגט אז אפילו עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, אבער וויבאלד ער האט דאס געהייסן טון - וועט עס אנקומען זייער שווער.


פארליר זיך נישט, האלט זיך מיט אלע דיינע כוחות. אז דו וועסט לערנען משניות - וועט דיר זיין גרינגער, משניות האט א כח צו ראטעווען דעם מענטש. אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - איז דאס א מורא'דיגע זאך, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


איך קען מענטשן וואס זענען געלעגן אין טיפע בלאטעס און זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן גענומען דעם משניות אין די הענט און נישט אפגעלאזט ביז זיי זענען געווארן גרויסע צדיקים. מוהרא"ש זאגט, משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות - נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


זאג נישט אפ קיין שידוכים, נעם די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#30 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין אינגל וועלן גיין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן מיט שלום בית, פרנסה, דרך הלימוד, חינוך און נאך און נאך. איך ווייס יעדן טאג פון לעבן אז אויב איך וועל גיין מיט די שכל פון עצתו אמונה, וועל איך מצליח זיין.


מיין יונגסטער זון גייט ווערן דריי יאר אין בערך צוויי חדשים ארום, וויל איך פרעגן ווען איז די פריעסטע עלטער וואס מ'קען נעמען א קינד אין מקוה ערב שבת.


מיין עלטערער זון גייט שוין ווערן אכט יאר און ער איז נאכנישט געווען אין מקוה, און דאס שטערט מיר זייער. אין אנהייב האט זיך עס אנגעהויבן ווען איך האב געהאט א דזשאב וואס איך האב געארבעט פרייטאג ביז צום זמן, למעשה האט ראש ישיבה מיר געגעבן אן עצה צו נעמען א צווייטן וואס זאל טון מיין ארבעט פרייטאג. שפעטער האט זיך אינגאנצן געטוישט מיין ארבעט, אבער די זאך פון נעמען מיין זון אין מקוה האב איך נישט פארראכטן, יעדע וואך מיט אן אנדערע מעשה, ער זאגט אז ער וויל נישט גיין, ער זאגט אז עפעס באדערט אים, איך ווייס נישט וואס, אפאר מאל פרעג איך אים ניטאמאל ווייל איך ווייס נישט וואס איך זאל טון ווען ער זאגט אז ער וויל נישט גיין. אפאר מאל האב איך געטראכט צו גיין שטרענג, ווער ס'איז נישט געווען אין מקוה קען נישט האבן שבת קיין גרעיפ דזשוס, סאדע אדער נאש, אבער יעצט האב איך שוין בלבולים וואס די ראש ישיבה זאגט אז ווען קינדער ווערן גרעסער קען מען נישט צווינגען ווייל שפעטער וועט ער נישט טון די זאך וואס מ'האט אים געצווינגען.


יעדן פרייטאג טראכט איך וואס פארא וועג צו גיין און איך קען נישט מחליט זיין, איך האב אים שוין צוגעזאגט אסאך גוטע זאכן אויב ער וועט גיין אין מקוה, אבער דערווייל האט גארנישט געארבעט. איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, איך האב געקענט טון בעסער, אבער איך וויל דאס פאררעכטן, וויאזוי זאל איך דאס פאררעכטן?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס עלטערן דארפן זיך פארלייגן ביי חינוך הבנים והבנות - איז אויסלערנען די קינדער אז מען מוז פאלגן טאטע מאמע, דאס איז דער יסוד ביי חינוך, דאס דארף מען טון ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין, ביי צוויי יאר, דריי יאר אלט - ביז די קינדער לערנען זיך אויס צו פאלגן די עלטערן.


רוב עלטערן ווייסן דאס נישט; מען טראכט נישט, אדער מען ווייסט נישט, אדער האט מען נישט קיין כח, מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן, די קינדער וואקסן אויף אן דרך ארץ און שפעטער ווען זיי ווערן עלטער קומט ארויס די חוצפה זייער שטארק, דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט קען מען זיי שוין שווער בייגן צום גוטן.


יא מקוה, נישט מקוה - נישט דאס איז דיין פראבלעם; מען קען זאגן אז מען דארף גיין אין מקוה און מען קען זאגן אז עס איז נישט געפערליך אז דער קינד וויל נישט גיין, נישט דאס איז דער פראבלעם, דיין פראבלעם איז אז דיינע קינדער דארפן וואקסן געזונט, זיי דארפן וויסן אז א טאטע מאמע זאגן יא איז יא און אז טאטע מאמע זאגן ניין איז ניין, מען קען נישט זאגן פארקערט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו דיינע קינדער, ווי אזוי זיי מחנך זיין, ווי אזוי זיי פרייליך מאכן; מיט תפילה וועסטו זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע אייניקלעך, עס וועלן זיך ציען שיינע דורות פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - ווי אזוי געוואוין זיך אפ פון זיין פארנומען מיט'ן אינטערנעט?
קדושה, סמארטפאון, מקוה, אינטערנעט, סופרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און שמועסן, עס ברענגט אריין אין מיר אמונה און בטחון אין באשעפער.


איך האב אינטערנעט אינדערהיים שוין באלד צוויי יאר, און אויך א סמארטפאון, איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל עס אפצולאזן אבער עס איז מיר נישט געגאנגען, ווייל עס ווערט מיר זייער לאנגווייליג אן דעם, אבער למעשה נעמט עס מיר אוועק מיין קאפ און מיין צייט.


לעצטנס האט עס מיר אפגעהויבן מער צו שטערן, ווייל איך בין א סופר, דארף איך דאך מער אכטונג געבן ווי איך פיר זיך, און אויך מיין אינגל הויבט שוין אן ווערן גרעסער.


מיין שאלה איז אויב איך זאל עס אפלאזן גלייך אינגאנצן, אדער זאל איך עס קודם מאכן כשר? אדער אפשר אן אנדערע עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי דערשראקן צו הערן ווער עס זענען די סופרים וואס שרייבן הייליגע מזוזות און תפילין; איך וואונדער זיך אויף דיר, דו ביסט א סופר און דו האסט אינטערנעט אין שטוב?! דו ביסט א סופר און דו קוקסט אינעם אינטערנעט רחמנא לצלן?!


אדער ווארף אוועק דיין פעדער און הער אויף שרייבן הייליגע מזוזות און תפילין אדער ווארף אוועק די אינטערנעט און טו תשובה.


חכמינו הקדושים זאגן (עירובין יג.) רבי מאיר האט דערציילט, ווען איך בין געקומען צום הייליגן תנא רבי ישמעאל און ער האט מיר געפרעגט וואס איך טו פאר פרנסה, האב איך אים געזאגט: "לַבְלָר אֲנִי", איך בין א סופר, האט ער מיר געזאגט: "בְּנִי, הֱוֵי זָהִיר בִּמְלַאכְתְּךָ, שֶׁמְלַאכְתְּךָ מְלֶאכֶת שָׁמַיִם הִיא, שֶׁמָּא אַתָּה מְחַסֵּר אוֹת אַחַת אוֹ מְיַיתֵּר אוֹת אַחַת, נִמְצָא מַחֲרִיב אֶת כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ", געב אכטונג וואס דו טוסט, דיין ארבעט איז א גרויסע אחריות, אויב דו וועסט פארפעלן איין אות אדער צולייגן איין אות - קענסטו חרוב מאכן די וועלט; זעט מען פון דעם אז זיין א סופר איז נישט קיין קינדער שפיל.


ווארף אוועק דיינע כלים און זיי זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן; דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געקוקט, טו תשובה; נאר אזוי קענסטו ווייטער שרייבן.


אויך זאלסטו קיינמאל נישט שרייבן נאר אז דו גייסט אין מקוה.


איך האף אז דו וועסט אננעמען דעם בריוו, דו וועסט אלעס אוועק ווארפן; נאר אזוי קענסטו ווייטער שרייבן ספרי תורה, תפילין און מזוזות.

#28 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן צו היטן מיינע אויגן?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, שמירת עינים, מקוה, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן די שיעורים, און צוביסלעך הויבן זיך אן זאכן צו רוקן ביי מיר צו גוטנס ברוך ה'.


איך האב א פראבלעם נאך פון אלס יונגער בחור, אז איך קען זיך נישט היטן די אויגן אין מקוה, איך ווער ממש משוגע פון דעם, פון איין זייט וואלט איך אפילו אויפגעהערט צו גיין אין מקוה בכלל, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אז ס'איז יא א גרויסע זאך צו גיין אין מקוה.


איך האב שוין חתונה געהאט ברוך ה', איך האב געמיינט אז דער פראבלעם וועט אוועקגיין, אבער דערווייל מוטשע איך זיך נאכאלץ מיט דעם. ברוך ה' אז איך האב נישט געטון קיין עבירות, קיינעם נישט אנגערירט חס ושלום אויף א שלעכטע וועג, אבער די אויגן קען איך זיך נישט היטן.


איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ארויסצוקריכן פון דעם פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צום רבי'ן פרעגן: "ווי אזוי קען מען זאגן א מענטש האט א בחירה, עס איז דא צייטן וואס עס איז נישט מעגליך אויפצוהערן טון וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון?" האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קי): "עס איז נישט אזוי, אפילו ווען עס זעט אויס אז מען קען נישט, איז נאכאלץ דא א בחירה, אויב מען וויל - טוט מען עס, און אז מען וויל נישט - טוט מען נישט". זאגט רבי נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענטפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן האבן די קשיא, זיי זענען שוין אזוי שטארק צוגעוואוינט צו טון שלעכטע מעשים, עד כדי כך אז זיי מיינען עס איז נישט מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו נישט האבן קיין בזיונות, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, חלק ב', סימן יד): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס - דורכדעם ווערט ער געראטעוועט פון בזיונות, און אויב חס ושלום מען היט נישט די אויגן - ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ווייל אלע עבירות און אלע זינדיגע מענטשן הייבט זיך אן מיט די אויגן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און הארץ זענען די מעקלערס פאר'ן יצר הרע, דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


אז מען היט זיך נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ממש ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט (שיחות הר"ן, סימן דש), מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם: "אַל תְּבִיאֵנִי לֹא לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן", ברענג מיר נישט צו קיין נסיונות און נישט צו קיין בזיונות, האט דער רבי געזאגט: "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", אויב עס ווערט אויס נסיון ווערט מען פארשעמט.


איידער דו גייסט ארויס פון שטוב און איידער דו גייסט אין מקוה זאלסטו מאכן א קליינע תפילה, בעט: "הייליגער באשעפער, היט מיר מיינע אויגן, היט מיר מיין מחשבה; איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טראכטן קיין שלעכטס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי קען מען רעדן צום אייבערשטן אין מקוה?
תפילה והתבודדות, מקוה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאטע האט מיר מחנך געווען נישט צו רעדן אין מקוה, און אזוי פיר איך זיך טאקע ברוך ה'. איך וויל אבער יא זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי איך האב געהערט ביי שיעורים אז מ'קען זיך אויסבעטן אין מקוה, וויל איך וויסן אויב מ'קען רעדן במחשבה, אזוי ווי ס'שטייט אין שיחות הר"ן (סימן ט"ז) אז ס'איז דא א תפלה פון די לונגען צום מח, און דורך דעם קען מען שרייען און קיינער הערט נישט.


אויך וויל איך פרעגן אויב דאס לערנען משניות דארף זיין דוקא מיט'ן זאגן, אדער אויב איך שפיר מער א געשמאק דורך לערנען מיט ברטנורא וכדומה און פארשטיין, אויב דאס איז אויך גוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז זיך מתודה צום אייבערשטן, מען בעט בקשות וכו' - איז נישט קיין פראבלעם.


דיין טאטע האט דיר גוט מחנך געווען דו זאלסט נישט רעדן אין מקוה, אבער דאס מיינט נישט וידוי דברים. רעדן אין מקוה מיינט מען 'רעדן מיט מענטשן'; רעדן צום אייבערשטן, זיך מתודה זיין - דאס איז א זאך וואס צדיקים האבן געטון.


מוהרא"ש דערציילט, ער פלעגט הערן אלס בחור אין צעהלים'ער מקוה ווי דער סקאליער רבי, הרב הצדיק רבי דוד יצחק אייזיק זכותו יגן עלינו פלעגט זיך מתודה זיין; ער פלעגט נעמען אויף זיך די ד' מיתות בית דין, ער האט געהאט א ניגון ווי אזוי ער האט דאס געזאגט: "סקילה, סקילה, סקילה"; "שריפה, שריפה, שריפה"; (מוהרא"ש פלעגט עס זינגען מיט די תנועה), אזוי איז געווען ביי אסאך צדיקים, מען פלעגט זיי הערן זיך מתודה זיין אין מקוה.


דאס איז נישט וואס דיין טאטע האט דיר געלערנט נישט צו רעדן אין מקוה; זיי שטארק ווייטער מיט דיין איידלקייט, רעד נישט אין מקוה; עס איז נישט איידל צו רעדן אין מקוה.


בענין רעדן צום אייבערשטן אין מקוה מיט די מחשבה; דער רבי זאגט (ספר המדות המתקת דין, סימן נד): "עַל יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם", ווען מען טובל'ט זיך, אז מען האלט איין דעם אטעם אונטער די וואסער, "עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה", ביז מען שפירט ווי מען קען שוין נישט מער, מען פארלירט דעם אטעם, "נִמְתָּק הַדִּין", - ווערן איבערגעדרייט אלע שלעכטס; אנשי שלומינו פירן זיך צו מאכן לאנגע טבילות, מען האלט זיך אונטער די וואסער ביז מען שפירט אז מען קען מער נישט און בשעת מען איז אונטער די וואסער איז מען זיך מתבודד במחשבה, מען טראכט ווי מען בעט דעם אייבערשטן, דורך דעם איז מען זוכה צו המתקת הדינים.


בנוגע לערנען משניות; מאך זיך צוויי שיעורים, איינס בעיון מיט'ן פירוש ברטנורא און נאך א שיעור בגירסא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - נאכ'ן דורכגיין א שווערע איבערלעבעניש, ווי אזוי קען איך גיין אין מקוה?
התחזקות, קדושה, מנוולים, אמונה, בחור, מקוה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך שטארק באדאנקען אויף אלע שיעורים און בריוון, עצות וכו'.


איך וויל דא מיטטיילן א שווערע נושא וואס כ'האב מיט קיינעם ביז היינט נישט גערעדט. מיין טאטע האט מיר מחנך געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה פון די בר מצוה, ער האט מיר אנגעזאגט נישט צו גיין ווען ס'איז שטארק פול מיט אסאך מענטשן, און אויך נישט ווען ס'איז גאר ליידיג, נאר ווען ס'איז דא צום ווייניגסטן זיבן אכט מענטשן, ווייל אויב ס'איז ליידיג קען מען זיך אנטרעפן דארט נישט קיין ריינע מענטשן. און אזוי האב איך זיך געפירט פאר עטליכע יאר.


פאר כמעט א יאר צוריק, בין איך א דורך זייער א שווערע איבערלעבעניש, איך בין געגאנגען אין מקוה ווי יעדן טאג, און ס'איז געווען דארט עטליכע יודן וואס איך קען זיי פון שול און שכנים וכדומה, איך בין אריין אין בור, און אויף איינמאל כאפט מיך אן אן אומבאקאנטער פארשוין, און ווייזט מיר צו זיי שטיל, כ'האב פראבירט זיך ארויסציען פון אים אבער ס'נישט געווען מעגליך, און ער האט מיר אנגעהויבן באטאפן אויף אן עקלדיגע וועג.


מיך האט זייער געעקלט די גאנצע מעשה, איך בין געווען שטארק שאקירט, כ'האב נישט געשריגן פון רוב פאניק און שרעק, מיין טאטע פון אלס קינד זאגט מיך אן אז ס'איז א געפערליכע עבירה אנצורירן וואו מ'טאר נישט, און יעצט טוט ער דאס רחמנא ליצלן. אזוי האט ער מיר נישט אפגעלאזט ביז א דריי פיר מינוט, ביז איינער איז צוגעקומען אריינגיין אין וואסער האט ער מיך אפגעלאזט, כאילו לא היה.


איך בין גלייך ארויסגעלאפן, כ'האב אפי' נישט גענומען קיין שויער ווי געווענליך, כ'האב זיך גאר שטארק געשעמט צו דערציילן דארט ווער דאס איז וכו', ווייל מ'וועט קוקן אויף מיך אויך ווי א נעבעכדיגע בחור וואס מ'האט זיך מיאוס באשעפטיגט מיט אים. איך בין געווען זייער צובראכן און פארווייטאגט, אינדערהיים האט מען געפרעגט וואס איז געשען, האב איך זיך ארויסגעדרייט אז א חבר אין ישיבה האט מיך שטארק פארשעמט, און איך קען נישט זאגן פרטים.


נאך אפאר טעג האב איך זיך אביסל בארואיגט, אבער פון דעמאלט קען איך נישט גיין אין מקוה, איך נעם א האנטוך און איך מאך נאס די פיאות מ'זאל מיינען אז איך בין געווען אין מקוה, אבער ס'איז ממש אוממעגליך. אפילו ערב יום כיפור, וואס איז א הלכה אז מ'מוז גיין, בין איך געגאנגען, אבער נאר ווען כ'האב זיך אויסגעטון איז אלע שרעקליכע בילדער צוריק געקומען, אין כ'האב זיך גלייך צוריק אנגעטון און אוועק געגאנגען פון דארט, האפנדיג אז קיינער האט נישט באמערקט אז איך בין גאר אין מקוה נישט אריין.


איך בין קלאר ביי מיך, אז אויב איך וואלט געטראפן היינט דעם באנדיט, וואלט איך אנגעזאגט אנדערע זאלן אכטונג געבן פון אים, ווייל ער טשעפעט קינדער און יונגע בחורים, אבער זייט דעמאלט האב איך אים נאך קיינמאל נישט געזען. כ'האב אסאך מאל מתפלל געווען צום אייבערשטן ער זאל מיך ארויס נעמען די אלע פחדים, איך שעם זיך גאר שטארק צו גיין רעדן מיט איינעם אויף דער נושא, כ'האב זיך אליין געטראכט אז אפאר יאר פאר דעם בין איך דאך געגאנגען און אלעס איז געווען אין ארדענונג און איך דארף נישט צופיל מורא האבן, אבער וואס זאל איך טון אז ס'גייט מיך נישט ארויס פון קאפ די גאר שווערע צושטאנד וואס איך האב מיטגעמאכט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס א גוטע עצה פאר מיך? אויב יא וועל איך זיך שטארק פרייען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין עסק צו אנטלויפן פון א פראבלעם; היינט איז עס מקוה, מארגן איז עס א צווייטע זאך אין א צווייטע פלאץ; וועסטו בלייבן א גאנץ לעבן פארשפארט אין שטוב?


הייב צוריק אן גיין אין מקוה, האב נישט מורא פון קיינעם; נעם אריין אמונה אין זיך, חזר טאג און נאכט: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר', דאן וועט דיר נישט פאסירן קיין שום שלעכטס. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכערטע האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן צדיק רבי חנינא, האט זי גענומען זאמד פון אונטער זיינע פוס, ווען רבי חנינא האט באמערקט וואס זי וויל טון האט ער איר געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי", איך האב נישט מורא פון דיר, קענסט פרובירן צו מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט, עס שטייט (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען אזוי שטארק, מען האט פון קיינעם נישט קיין מורא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין אמונה וועלן די שדים און קליפות נישט קומען צו דיר; די מנולים דערשמעקן שוואכע מענטשן, זיי פרובירן נישט צוצוגיין צו שטארקע מענטשן. אזוי ווי מיר געפונען, ווען עמלק איז געקומען מטמא זיין אידישע קינדער האט ער גענומען שוואכע מענטשן וואס וואקלען זיך, עס שטייט (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", ער האט גענומען די אלע שוואכע וואס די וואלקן האט זיי ארויסגעווארפן; די וואס האבן נישט געהאט די שטארקע אמונה, די סארט מענטשן ווארפט ער אראפ, עמלק האט נישט קיין שליטה אויף מענטשן וואס זענען שטארק אין די אמונה.


דעריבער בעט איך דיר זייער, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו רעדסט מיט א גוטער פריינט, רעד צו אים אין דיין שפראך; דאס וועט דיר געבן זעלבסט-זיכערקייט (סעלף קאנפידענס) דו וועסט ווערן א נייער מענטש, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיינעם, דו וועסט מער נישט בלייבן מיט א פארמאכטע מויל ווען אזוינס פאסירט השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - דארף מען זיך אנשטרענגען אין די יעצטיגע צייטן צו טרעפן א מנין און מקוה?
אמונה, קאראנע וויירוס, מקוה, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים וואס געבט מיר חיזוק כסדר. איך וואוין נישט אמעריקע, אבער אויך דא קומט אן די גליונות און די עצתו אמונה, און מיר האלטן מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


יעצט איז דא פארשפארט אלע ישיבות, חדרים, בתי מדרשים, און מקוואות, צוליב די קאראנע וויירוס. ס'איז זייער שווער צו טרעפן א מנין און א מקוה, וויל איך וויסן וויפיל איך דארף זיך איבערשטרענגען יא צו זוכן א מקוה און א מנין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך דארפן מיר וויסן און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם אז מיר אידישע קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר פארגעסן נישט קיין איין רגע פונעם אייבערשטן. מיר ווייסן און גלייבן אז ער און נאר ער פירט די וועלט, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין; אלעס אלעס איז ער אליין וואס פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון, ער פירט דאס מיט גערעכטיגקייט.


ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען נישט פארלוירן פון קיין שום זאך; מען לעבט מיט בטחון אינעם אייבערשטן וואס ער געבט לעבן און ער וועט אונז העלפן מיר זאלן פטור ווען פון די מחלה פון קאראנע און פון אלע מחלות וחלאים רעים.


יעצט דארפן מיר מקיים זיין וואס דער נביא זאגט (ישעיה כו, כ): "לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ וּסְגֹר דְּלָתְךָ בַּעֲדֶךָ, חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם"; עס איז א צייט וואס מיר דארפן בלייבן אין שטוב, עס איז נישט קיין צייט פון זיך דרייען אין גאס וכו'. מיר דארפן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.


יעצט ווען אלע מקוואות זענען פארשלאסן קען מען נוצן ט' קבים וואסער אנשטאט מקוה, פארשטייט זיך נאר פאר מענער און נאר ווילאנג עס איז נישט דא קיין מקוואות.


אז מען האט נישט קיין מנין דאווענט מען אן מנין, דער אייבערשטער זעט און ווייסט ווי שטארק מען וויל דאווענען מיט מנין און ער נעמט עס אן אזוי ווי מען דאווענט מיט מנין.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אונז שיקן דעם גואל צדק משיח צדקינו זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, עס זאל מקוים ווערן (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", און ער זאל אונז אהיים טראגן קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#24 - מיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן דורכ'ן הערן די שיעורים
צדיקים, הפצה, דרשות, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פשוט זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס האט מיר מקרב געווען צום אייבערשטן, ס'האט מיר געגעבן א נייעם לעבן, און מיר געהאלפן מיט אזויפיל זאכן.


שוין איבער א חודש וואס איך האב אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג, דאס איז געקומען נאכ'ן הערן א שיעור וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט, "אז דו קענסט נאכנישט גיין אין מקוה, כאטש בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און איך האב טאקע דעמאלט אנגעהויבן מתפלל זיין אויף דעם, און למעשה האב איך טאקע אנגעהויבן גיין אין מקוה טעגליך.


אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך האב זיך געמאכט א שיעור מיט א חברותא אז מיר זאגן צוזאמען יעדן טאג א בלאט גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און אזוי ווייטער איז מיין גאנצע לעבן געטוישט געווארן צום גוטן אין יעדן אספעקט, סיי אינדערהיים און סיי ביי די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל האבן אסאך כח ווייטער צו מחזק זיין אידישע קינדער, און זען פיל אידיש נחת פון די קינדער און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט א נייע לעבן זייט דו ביסט זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער; האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה, האסט זיך גענומען לערנען, דיין צוגאנג אין שטוב צו דיין ווייב, ביי די ארבעט און אלעס - איז מיט דרך ארץ וכו', וכו'; עס איז ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכע איד".


אז מען לעבט מיט א צדיק איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען נעמט עבודת השם מיט שמחה. חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לג:): אויפ'ן פסוק (דברים י, יב): "וְעַתָּה יִשְׂרָאֵל מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ, כִּי אִם לְיִרְאָה אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְאַהֲבָה אֹתוֹ, וְלַעֲבֹד אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ", - משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך, נאר צו האבן יראת שמים", פרעגן די הייליגע חכמים: "איז דען יראת שמים עפעס א קלייניגקייט, אז דו זאגסט: 'וואס בעט שוין דער אייבערשטער, נאר צו האבן יראת שמים?!'" ענטפערט די גמרא: "אִין, לְגַבֵּי מֹשֶה מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", פאר משה רבינו איז יראת שמים א קלייניגקייט; פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (עיין דגל מחנה אפרים פרשת תצוה, בתחילת הפרשה): משה רבינו רעדט דאך צו אידישע קינדער, איז דאך ווייטער שווער, איז דען יראת שמים א קלייניגקייט? ענטפערט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, "לְגַבֵּי מֹשֶה", אז מען גייט צו א צדיק, מען איז דבוק אין משה רבינו, "מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", דעמאלט איז יראת שמים א קלייניגקייט, ווייל דער צדיק ברענגט צו זיינע מענטשן צו זיין מדריגה אויף א גרינגע וועג, ווען מען איז מקורב צום צדיק הערט זיך די מצוות אנדערש ווי דער וואס האט נישט קיין צדיק.


יעצט דארפסטו האבן הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן; אז דו האסט באקומען לעבן דארפסטו דאס פארגינען אויך פאר אנדערע, פארשפרייט די עצות פאר נאך מענטשן, פארוואס זאלן נישט אנדערע וויסן פון די גוטע מעדעצינען זיך צו היילן פון אלע שוועריקייטן.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז אויפ'ן הייליגן אמורא רב הונא (תענית כ:): "כִּי הַוָה לֵיהּ מִילְּתָא דְּאָסוּתָא", ווען ער האט געפונען א גוטע מעדעצין, "הֲוֵי מָלֵי כּוּזָא דְּמַיָּא וְתָלֵּי לֵיהּ בְּסִיפָּא דְּבֵיתָא" האט ער גענומען א גרויסע פאס פונעם מעדעצין און ארויסגעלייגט אינדרויסן פון זיין שטוב, "וְאָמַר כָּל דְּבָעֵי לֵיתֵי וְלִישְׁקוֹל", ער האט געזאגט: 'ווער עס דארף פון די מעדעצין קען קומען און נעמען'.


נאך א גוטע מנהג האט רב הונא געהאט, ער האט געוואוסט די כוחות פון די נישט גוטע (שדים), ער האט געוואוסט אז זיי קענען נישט מזיק זיין א מענטש ווען ער וואשט זיך נטילת ידים. עס איז נישט געווען קיין וואסער, "וַהֲוָה מַנַּח כּוּזָא דְּמַיָּא וְדָלֵי לֵיהּ", האט ער גענומען א פאס וואסער און דאס ארויסגעלייגט אינדרויסן פון שטוב, "וְאָמַר כָּל דִּצְרִי לֵיתֵי וְלֵיעוֹל דְּלֹא לִסְתַּכֵּן", ער האט יעדן איינעם אנגעזאגט מען זאל נעמען פון די וואסער זיך צו וואשן נטילת ידים איידער מען עסט כדי מען זאל נישט געשעדיגט ווערן פון זיי.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א צדיק, ווען ער טרעפט א גוטע מעדעצין געבט ער דאס פאר אלעמען, און ווען ער ווייסט ווי אזוי מען קען זיך אכטונג געבן פון נישט גוטע (שדים) איז ער דאס מודיע פאר אנדערע און ער העלפט אנדערע. דאס דארפן מיר טון, אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע עצות; דארפן מיר דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.


מיר דארפן טון דעם ווילן פון רבי'ן; רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס טוט פאר אנדערע אידן, ער פארשפרייט די עצות פון רבי'ן פאר אנדערע.

#23 - מעג מען לערנען פאר'ן גיין אין מקוה?
מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס איז די הלכה וועגן זאגן תהלים, ברכות התורה, לערנען תורה, און אזוי ווייטער, פאר'ן גיין אין מקוה, פארשטייט זיך ווען ס'איז נוגע און מ'דארף גיין אין מקוה.


איך האב ליב צו לערנען פארטאגס אינדערהיים, ווען די קינדער שלאפן נאך און ווען זיי שטייען אויף, און ס'איז מיר שווער צו גיין אין מקוה און נאכדעם צוריק אהיימגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען זיין נשמה אויבן אין הימל. מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


אויב מען האט א מקוה איז זיכער עס איז כדאי צו גיין אין מקוה פאר'ן לערנען און זאגן תהילים. ווען דו וואלסט געוויסט דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ווען מען גייט אין מקוה וואלסטו זיכער די ערשטע זאך געטון, געלאפן אין מקוה. קוק וואס דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו שרייבט (פרשת אמור) אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט.


אויב מען האט נישט קיין מקוה דעמאלט קען מען זיך מטהר זיין מיט תשעה קבין (פארשטייט זיך נאר טבילת עזרא) נישט מבטל צו זיין תורה ותפילה, אבער אז מען האט א מקוה איז זיכער מען זאל גיין ווי שנעלער זיך טובל'ן אראפ צו נעמען אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#22 - קען מען לכתחלה נוצן א סווימינג פול פאר א מקוה?
מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אויף א שיעור אז א סווימינג פול [שווים באסיין] איז אויך גוט פאר א מקוה, און אז א שווים קלייד איז נישט קיין חציצה. וויל איך וויסן אויב מ'קען דאס טאקע נוצן לכתחלה פאר א מקוה, אדער נאר ווען מ'האט נישט קיין געהעריגע מקוה? ווייל איך גיי יעדן טאג אין דזשים [gym] אין א סווימינג פול, קען איך דאס נוצן פאר א מקוה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו גיין יעדן טאג גלייך אינדערפרי אין מקוה, ווייל ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם 'תיקון הכללי' האט ער געזאגט: "דאס ערשטע תיקון איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווייל מקוה וואשט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס, ממילא די ערשטע זאך אינדערפרי גייט מען אין מקוה.


מוהרא"ש האט דערציילט פון אן אייניקל פון רבי נתן זכרונו לברכה, וואס ער פלעגט זאגן אז דער קאפל קלעבט אים נישט צום קאפ פאר'ן מקוה; ער איז נישט באקוועם אנצוהייבן דעם טאג אן א מקוה.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מקוה טוט פאר'ן מענטש, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוויסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט א מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


זיי מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג; מען קען זיך פארלאזן צו גיין אין א 'סווימינג פול' ווען מען האט נישט קיין מקוה נאר אויב מען ווייסט אז די סווימינג פול איז גוט פארמאכט און עס פארלירט נישט קיין וואסער וכו', דעמאלט העלפט עס אויך נאר פאר תוספת טהרה און נישט פאר טבילה דאורייתא. אבער אויב מען קען האבן א מקוה מיט מי גשמים איז זיכער כדאי צו גיין אין מקוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#21 - איך קען זיך נישט היטן די אויגן, זאל איך פונדעסטוועגן גיין אין מקוה?
קדושה, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער לעצטנס אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה, מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך גיי אין מקוה קען איך זיך נישט היטן די אויגן, איך שפיר אז איך בין א זריז ונפסד. וויל איך וויסן אויב איך זאל פון דעסט וועגן נאכאלץ גיין אין מקוה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך טובל'ן אין מקוה; דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע זיינע עבירות און עס היט אים אפ אויף ווייטער נישט אראפ צו פאלן. אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב): עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה וכו', און ווען ער האט געזען אז ער האט נישט קיין מקוה האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה; אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה? אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר דא זעט מען וואס מקוה איז. א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה, וועט אים די מקוה צוריק האלטן פון טון עבירות.


אז דו קענסט זיך נישט היטן די אויגן דארפסטו דאך הערשט גיין אין מקוה כדי אראפ צו נעמען פון דיר אלע פלעקן מיט וואס דו האסט זיך פארשמירט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִלְמָלֵי נִתְּנָה רְשׁוּת לָעַיִן לִרְאוֹת אֵין כָּל בִּרְיָה יְכוֹלָה לַעֲמוֹד מִפְּנֵי הַמַּזִּיקִין וכו', כָּל חַד וְחַד מִינַּן, אַלְפָּא מִשְּׂמָאלֵיהּ וְרִבְבָתָא מִימִינֵיהּ", ווען מען וואלט ווען געקענט זען די קליפות וואס שטייען ארום זיך, וואלט א מענטש דאס נישט געקענט אויסהאלטן, ער וואלט גע'חלש'ט פון שרעק; מיט א יעדע שלעכטע קוק וואס מען קוקט באשאפט מען קליפות ומשחיתים רחמנא לצלן וואס באגלייטן דעם מענטש און לאזן אים נישט אפ, אבער ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה פארלירן זיי די שייכות מיטן מענטש, ווייל קליפות זענען רוח און 'רוח' מיט 'מים' גייט נישט צוזאמען. און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן נד): "עַל-יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם, עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה, נִמְתָּק הַדִּין", אויב מען האלט איין די אטעם אונטערן וואסער ווי לאנג מען קען שוין נישט אטעמען, דעמאלט ווערן נמתק אלע דינים.


גיי אין מקוה יעדן טאג וועסטו אלעס פאררעכטן; רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן"; פראביר צו גיין אין צייטן ווען עס איז מער ליידיג וכו' אזוי וועט דיר עס אנקומען גרינגער.

#20 - מעג מען גיין אין שויער נאך די מקוה?
מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער גלייך נאכ'ן זיך טובל'ן אין מקוה ?


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מקוה איז זייער א גרויסע זאך. ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה - אין יענע רגע טובל'ט מען אויבן אין הימל זיין נשמה.


דורך מקוה איז מען זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל-יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", דורך מקוה ווערן בטל אלע צרות און עס קומט די ישועה.


אזוי אויך, ווער עס גייט אין מקוה איז זוכה צו ווערן אן ערליכע איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה' - אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס מען קען זוכה זיין ווען מען גייט אין מקוה וואלט מען זייער מקפיד געווען אויף דעם; קוק וואס דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו שרייבט (פרשת אמור) אז די כת ש"ץ ימ"ש זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט; ווייל ווי מער א מענטש גייט אין מקוה און ער טובל'ט זיך, איז ער ממשיך אויף זיך מער טהרה.


בענין זיך שויערן נאכן מקוה וכו'; עס איז בעסער זיך צו שויערן פאר מען טובל'ט זיך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#19 - זאל מען נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת?
חינוך הילדים, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב מ'זאל נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת קודש, און אויב יא פון וועלכע יארגאנג. איך האב מורא זיי מיטצונעמען וועגן שמירת עינים און שלעכטע מחשבות וואס זיי קענען האבן פון דעם, אפילו ווען מ'זאגט זיי אן נישט צו קוקן, זעען זיי אבער למעשה.


איך געדענק ווען איך בין געגאנגען אין מקוה אלס קינד מיט מיין טאטע, האט מיין שמירת עינים נישט געטויגט אזוי גוט, דעריבער האט איך יעצט מורא צו נעמען מיינע קינדער, פון די אנדערע זייט אויב וועל איך זיי אנהויבן נעמען ערשט ביי די צוועלף יאר, קען דאן זיין נאך ערגער, ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע זאך וואס מען געוואוינט איין קינדער צו טון וועלן זיי דאס שפעטער טון; אז מען נעמט די קינדער אין שול, מען האלט זיי נעבן זיך ביים דאווענען און מען לערנט זיי שטייטליך אויס ווי אזוי צו דאווענען און נישט צו רעדן ביים דאווענען וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אליינס גיין דאווענען. אבער אויב מען לאזט די קינדער ארום לויפן אין שול און מען שמועסט ביים דאווענען וועלן די קינדער אויסוואקסן אן קיין יראת שמים.


די זעלבע זאך איז מיט יעדע דבר שבקדושה; מען דארף מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוגעוואוינט צו אלע מצות און אלע מנהגים. א טאטע דארף נעמען זיינע קינדער אין מקוה ערב שבת כדי זיי צו מחנך זיין צו גיין אין מקוה, און זיי אויסלערנען ווי אזוי מען גייט אין מקוה בצניעות בקדושה ובטהרה.


פון די זיבן יאר קען מען שוין ברענגען קינדער אין מקוה ערב שבת; פארשטייט זיך נאר מיטן טאטע'ן, ווייל אליינס טאר מען נישט גיין אין מקוה. אפילו א בר מצוה בחור'ל דארף האבן שמירה פון חולי נפש רחמנא לצלן.


אז מען ברענגט קינדער אין מקוה איז כדאי צו גיין ווי פריער ווען די מקוה איז נאך ליידיג, זיי מחנך זיין נישט צו רעדן אין מקוה און זיי אויסלערנען זריזות נישט צו פעניען אין מקוה. מען דערציילט אויפן הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה אז ער פלעגט גיין אין מקוה מיט אזא שנעלקייט, אז קיינער האט אים נישט געקענט אויסכאפן; ווי לאנג מען האט זיך אנגעהויבן אויסטון איז רבי נתן שוין געווען אויסגעטון גע'טובל'ט און צוריק אנגעטון און ארויס פון מקוה! דאס קען יעדער זוכה זיין אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן שמירת עיניים; אדרבה, דאס דארף מען אויסלערנען די קינדער נאך פון זייער יוגנט, אז מען דארף היטן די אויגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - איך בין דורך א שווערע צייט אין שפיטאל, און איך ציטער צו גיין אין מקוה
רפואה, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, פאר אלע דרשות און חיזוק.


איך האב געהאט א יאר צוריק א שווערע אינפעקשאן, עס האט מיך געקאסט אסאך עגמת נפש, עד כדי כך אז איך האב געווען אין שפיטאל, נישט מער געדאכט.


דעמאלט האבן מיר אפאר דאקטורים געזאגט נישט צו גיין מער אין ‏מקוה, סיי אז איך זאל עס נישט באקומען נאכאמאל (חס ושלום), און סיי אז אנדערע זאלן עס נישט באקומען.


עס איז שוין באלד א יאר, און איך וויל זייער שטארק אנהייבן צוריק גיין אין מקוה, אבער איך האב זייער אסאך שרעק פון דעם. אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן אן עצה, יישר כח.


לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און אפילו דו ביסט פיל מיט יסורים ה' ירחם, עס גייט איבער אויף דיר שווערע זמנים, זאלסטו זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז דער אייבערשטער, און ער טוט אלעס; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דו האסט זיכער א זיידע אדער א באבע וואס איז געווען אין גיהנום ביי די דייטשן ימח שמם, האסטו זיכער געהערט מעשיות וואס זיי זענען אריבער; עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן ווי מענטשן האבן געהאט כח דאס איבער צו לעבן, און עס איז א מורא'דיגע וואונדער ווי אזוי זיי האבן געהאט די כח נאכאמאל אויפצושטעלן א אידישע שטוב, נאכן זען מיט די אייגענע אויגן ווי מען האט זיי אלעס צוגענומען, און אויסגע'הרג'ט זייער גאנצע שטוב השם ישמרינו; נאר דער תירוץ איז, אז די אלע וואס האבן געלעבט מיט אמונה, זיי האבן געלעבט מיטן אייבערשטן, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי איז פונעם אייבערשטן; מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן גארנישט, ממילא האבן זיי געהאט די כוחות נאכאמאל אויפצושטעלן א דור פון קינדער און אייניקלעך פארן אייבערשטן.


ווען דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר איז געווען אין ארץ ישראל, האט אים דער גרויסער בעל מקובל רבי אשר זעליג מרגליות זכרונו לברכה געפרעגט וועם קען מען געבן א קוויטל אינעם היינטיגן דור, האט אים דער רבי זכותו יגן עלינו געענטפערט: "ווען דו וועסט זען א איד ציט ארויף זיין ארבעל צו לייגן תפילין, און אויף זיין האנט איז דא א נומער פון די דייטשן ימח שמם, דעם איד קען מען געבן א קוויטל און בעטן א ברכה"; ווייל א איד וואס איז אריבער דעם גיהנום אויף דער וועלט, וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי זיי האבן דאס דורך געלעבט, האט אמונה אינעם אייבערשטן, און ער קומט אין שול דאווענען און טוט אן טלית ותפילין - דער איד א צדיק.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אריבער א שווערע זמן, דו ביסט געווען אין שפיטאל נישט מער געדאכט, זאלסטו זיך שטארקן מיט אמונה, און אזוי וועסטו ווערן געזונט, ווייל אלע קרענק קומען פון דעם וואס א מענטש איז דעפרעסט; מען דארף ארבעטן אויף שמחה מיט אלע כוחות.


ווער עס האט זוכה געווען צו זען מוהרא"ש זכרונו לברכה. דעם שמייכל פון מוהרא"ש קען מען נישט פארגעסן; שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, מען האט געקענט מיינען אז עס גייט אים טאקע גוט, עס האט אויסגעזען ווי ער האט אלעס וכו', וואס ווער עס ווייסט איז עס געווען פונקט פארקערט, מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, און ער האט געהאט אויסצושטיין ביטערע יסורים מבית ומבחוץ (זאכן וואס מען קען נישט פארציילן וד"ל), מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה: "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל, וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, איך פלעג וויינען יעדן טאג מיין גאנץ לעבן פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף אים פון אינדרויסן.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז ער איז אמאל געווען ביי מוהרא"ש ביינאכט, ווייל ער האט געדארפט עפעס פארעכטן; ער איז דעמאלט געווען זייער צעבראכן, ער איז זיך נישט אויסגעקומען מיט זיין ווייב וכו' און ער איז אריין אין א שרעקליכע דעפרעשן. בשעת ער האט געארבעט דארט ביי מוהרא"ש, טראכט ער צו זיך: 'איך קען מער נישט אויסהאלטן', און ער האט געטראכט מחשבות פון אנטלויפן, אבער ער האט נישט געוויסט וואו צו אנטלויפן, עס איז אים אריין געקומען מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, אבער ער האט געטראכט 'וואס וועט מען זאגן וכו'', בקיצור, אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט ווען ער איז מרה שחורה; פלוצלינג קומט ארויס מוהרא"ש מיט דעם שמייכל וואס ער האט אלעמאל געהאט, און זאגט אים: "יענקל, וואס ביסטו אזוי צעבראכן?" רופט זיך אן דער אינגערמאן: "איך האב א שלעכטע ווייב, זי טרינקט מיר מיין בלוט וכו' וכו'", זאגט אים מוהרא"ש: "און אז מען האט א שלעכטע ווייב וואס טרינקט דאס בלוט איז אן עצה צו זיין צעבראכן? קום טאנצן"; מוהרא"ש זאגט אים: "יענקל, איך האב אויך א שווערע שטוב, אבער דאס איז נישט קיין עצה צו זיין מרה שחורה", און מוהרא"ש האט אים אנגעכאפט און געטאנצן מיט אים פאר אפאר מינוט; דער אינגערמאן האט מיר פארציילט, אז ווען ער איז אהיים געגאנגען האט ער געטראכט צו זיך: 'מיין ווייב איז באמת נישט אזוי שלעכט וכו' וכו'', נאר די מרה שחורה, דאס מאכט אז א מענטש זאל זיך פארלירן רחמנא לצלן.


זעט מען פון דעם, אז אפילו א מענטש האט א שווערע לעבן, דארף ער זיך פרייליך מאכן מיט אלע זיינע כוחות; ווען מוהרא"ש האט געזען א אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך, פלעגט ער אים פרייליך מאכן; דאס דארפן מיר נאכמאכן, און דאס דארף זיין אונזער שטרעבן - צו זיין שטענדיג פרייליך און ארום גיין מיט א שמייכל.


דו קענסט גיין אין מקוה, און דו דארפסט זיך גארנישט זארגן; דאס וואס די דאקטורים האבן דיר געזאגט זאלסט נישט גיין וכו', דאס איז ווען מען האט אן אינפעקשן, דעמאלט טאר מען נישט גיין אין מקוה, ווייל מען קען גורם זיין אז דאס זאל אריבער גיין אויף אנדערע מענטשן, אבער יעצט אז דו ביסט געזונט, זאלסטו אודאי גיין אין מקוה, ווייל מקוה היילט אלע קרענק; מקוה איז א געזונטע זאך פארן מענטש ברוחניות ובגשמיות, קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכג): "א דאקטער וואס זאגט אז מקוה שאדט פארן מענטש - איז קיין דאקטער נישט"; ווייל מקוה איז זייער געזונט פארן מענטש, און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, זאלסט ארויס גיין פון אלע דיינע פראבלעמען.

#17 - וואו רעדט דער רבי פון גיין פרי אין מקוה ערב שבת?
מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ברסלבער חסיד שוין בערך 20 יאר, און איך קום שוין ראש השנה אויף אומאן פון יאר תשס"ד. די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים אין איך האב געהערט ווי איר זאגט ביי די שיעורים אז מקען נישט זיין קיין ברסלבער חסיד אויב מ'לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, איך האב טאקע אנגעהויבן צו לערנען חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן, און איך קען עס כמעט אויסענווייניג. אויך האב איך שוין געלערנט כמעט די גאנצע ליקוטי מוהר"ן און אביסל ליקוטי תפילות.


איר זאגט אפאר מאל ביי די שיעורים אז אן עם הארץ גייט אין מקוה פרייטאג פאר'ן זמן. האב איך געוואלט פארשטיין וואס ס'האט א שייכות צו זיין פארשלעפט און גיין שפעט אין מקוה, מיט'ן זיין א עם הארץ? אויך איך האב אין ערגעץ נישט געטראפן דעם רבי'ן רעדן פון מקוה פרייטאג בכלל. איך וועל זיך פרייען אויב איר ענטפערט מיר.


תודה רבה פאר די וואונדערליכע שיעורים.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ב' פרשת וזאת הברכה-א, ה' תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים - בעיקר שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; וואויל איז דיר אז דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים און דו זאגסט ליקוטי תפילות, ווייל נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א שייכות מיטן רבי'ן.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואו עס שטייט אז דער רבי פלעגט גיין אין מקוה ערב שבת פרי; עס וואונדערט מיר פארוואס דו פרעגסט דאס, ווייל דו שרייבסט מיר אז דו קענסט שוין אויסענווייניג חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן. קוק ווי ר' נתן פארציילט דעם סיפור ווען דער רבי האט אנגעהויבן צו מגלה זיין דעם "תיקון הכללי" (חיי מוהר"ן, סימן קפד): די ערשטע מאל וואס דער רבי האט אנגעהויבן צו מגלה זיין דעם "תיקון הכללי" איז געווען ערב שבת, שרייבט ר' נתן: "דַּרְכּוֹ הָיָה תָּמִיד לֵילֵךְ לַמֶּרְחָץ סָמוּךְ אַחַר חֲצוֹת, וְעַכְשָׁיו יָשַׁב וְדִבֵּר עִמָּנוּ עַד סָמוּךְ לָעֶרֶב", געווענליך פלעגט דער רבי גיין גלייך נאך חצות אין מקוה לכבוד שבת, און זיך אראפ לייגן שלאפן לכבוד שבת, אבער דאס מאל האט דער רבי געשמועסט מיט אונז ביז ממש פארן זמן.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו גיין אין מקוה פרי, ווייל אז מען גייט שפעט פארן זמן קען מען נכשל ווערן מיט חילול שבת; קוק וואס דער משנה ברורה שרייבט (אורח חיים סימן רס, סעיף קטן א): "וּמְאֹד יֶשׁ לִזָּהֵר שֶׁלֹּא יָבוֹא עַל יְדֵי מִצְוַת הָרְחִיצָה לַחֲשָׁשׁ חִילוּל שַׁבָּת, וּבַעֲוֹנוֹתֵינוּ הָרַבִּים הַרְבֵּה נִכְשָׁלִין בָּזֶה בִּימֵי הַחֹרֶף כְּשֶׁהַיָּמִים קְצָרִים, שֶׁיּוֹשְׁבִין כִּמְעַט עַד שֶׁחֲשֵׁכָה, וְאַף אִם גָּמַר אֶת עֶצֶם הָרְחִיצָה בְּהֶתֵּר, גַם כֵּן מִזְדַּמֵּן אִיסוּר לְיָדוֹ, שֶׁפְּעָמִים הוּא סוֹרֵק אֶת רֹאשׁוֹ בְּסוֹף, שֶׁהִיא מְלָאכָה דְאוֹרַיְיתָא בְּשַׁבָּת"; קוק נאך ווי ער זאגט דארט אז ווער עס קען מוחה זיין זאל מוחה זיין, ווייל דאס גיין אין מקוה קומט אויס א מצוה הבא בעבירה. חוץ מזה, אויב מען האט קינדער, און מען וויל זיי נעמען אין מקוה כדי זיי צו מחנך זיין ווי אזוי מען פירט זיך אויף אין מקוה וכו', טאר מען נישט גיין פארן זמן, ווייל דעמאלט איז די מקוה זייער אנגעפילט מיט מענטשן, און עס איז נישט גוט צו גיין דעמאלט מכמה טעמים.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צו געקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. און דער הייליגער ר' אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צו ברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צו ברענגען.


דערפאר, וואויל איז פארן מענטש וואס איז נזהר צו גיין אין מקוה, וועט ער זוכה זיין צו אלע ברכות; ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה, דעמאלט - אין יענע רגע טובל'ט מען אויבן אין הימל זיין נשמה, און מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - ווי ווייט דארף מען מקפיד זיין אויף מקוה?
קדושה, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בעט איבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן פרעגן פשוטע שאלות, אבער איך שפיר ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז מיין מורה דרך, דעריבער פרעג איך סיי ווי, און איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ווייזן די ריכטיגע וועג.


וואס טוט מען וועגן טבילת עזרא, איז דאס אן הלכה? און וואס טוט מען אויב מען קען נישט? צום ביישפיל שבת אינדערפרי וויל איך לערנען, אבער איך האב קליינע קינדער און איך קען נישט ארויסגיין פון הויז אזוי פרי, און א שויער קען מען אויך נישט נעמען שבת, דארף מען זיך צוריק האלטן פון לערנען?


פאר די חתונה האט מען מיר געלערנט אז עס איז זייער הארב, אבער איך בין אביסל צעמישט וואס איז ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון מקוה און פון מקפיד זיין אויף טבילת עזרא - וואלסטו געטון אלעס אין דער וועלט צו גיין אין מקוה.


אפילו על פי הלכה איז בטל געווארן טבילת עזרא, אבער די הייליגע צדיקים, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און זיינע הייליגע תלמידים האבן דאס צוריק מחזק געווען און באפעסטיגט. אזוי ווי דער הייליגער צדיק דער מאור ושמש ברענגט (פרשת אמור, דבור המתחיל ונראה) וזה לשונו: "והיה העולם שמם", די וועלט איז געווען וויסט, "עד שבאו שני המאורות הגדולים לעולם", ביז די צוויי הייליגע צדיקים זענען געקומען אויף די וועלט, "הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו, ואדמו"ר הרב רבינו אלימלך נשמתו בגנזי מרומים, והם פתחו שער לה' צדיקים יבואו בו", און זיי האבן געעפנט די טירן אנצוקומען צום אייבערשטן, "שלא יהרהר אדם שום הרהור תורה", אז מען זאל נישט לערנען קיין תורה, "עד שיטבול עצמו לקריו", נאר נאכן גיין אין מקוה, "שחכמי הגמרא לא ביטלוהו אלא מפני שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה", די היילגע חכמים האבן מבטל געווען די זאך, ווייל זיי האבן געזען אז עס איז שווער פאר רוב מענטשן, "אבל אותן האנשים הרוצים להשיג גופי התורה ומצות, צריכין להיות נזהר מאד בטבילה זו" וכו', אבער ווער עס וויל זוכה זיין צו זיין א צדיק - זאל זיך זייער אכטונג געבן צו גיין אין מקוה.


ער זאגט ווייטער: "הכלל העולה מזה, מי שהוא לומד פשטות התורה בלתי טהור, אזי אינו יכול להשיג בשום אופן מה היא יראה", אז מען לערנט תורה אן מקוה קען מען נישט צוקומען צו מורא האבן פונעם אייבערשטן, "ומי שהוא לומד ספרי קבלה ואינו זהיר בטבילה זו", און אז מען לערנט קבלה אן גיין אין מקוה, "יוכל לבוא חלילה לידי אפיקורסות והוא מטמא נפשות ישראל הנגררים אחריהם", קען מען חס וחלילה ווערן אן אפיקורס, עיין שם.


אז מען האט נישט קיין מקוה, מען געפינט זיך אין א פלאץ אן א מקוה - דארף מען לערנען און דאווענען און נישט מבטל זיין קריאת שמע בזמנו וכו', אבער אז מען האט א מקוה, נאר מען וויל העלפן די ווייב שבת אינדערפרי מיט די קליינע קינדער - דארף מען יא גיין אין מקוה און נאכדעם לערנען. דאס בעסטע איז, שטיי אויף פרי און גיי בזריזות אין מקוה, און גיי אהיים אכטונג געבן אויף די קינדער, אזוי וועסטו האבן ביידע; סיי העלפן אין שטוב און סיי לערנען תורה בטהרה, אבער נישט אויפגעבן לערנען תורה און ליינען קרית שמע בטהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - זאל איך ווייטער גיין אין מקוה?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, מקוה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, איך האב אלץ בחור אסאך געליטן פון פגם הברית רחמנא ליצלן, איך בין געלעגן טיף טיף אין בלאטע, אבער ברוך ה' נאך די חתונה האב איך זיך זייער שטארק פארבעסערט.


איך האב אבער איין גרויסע און ערנסטע פראבלעם, אז עס איז מיר זייער שווער צו גיין אין מקוה, ווייל עס א פלאץ וואו עס פאסירט אסאך מכשולות און נישט גוטע זאכן.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט נכשל ווערן, אבער למעשה איז מיר עס זייער שווער. וואס זאל איך טון? זאל איך ווייטער גיין אין מקוה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין אין מקוה, מקוה איז מטהר דעם מענטש; מאך א שנעלע מקוה, רעד נישט אין מקוה, און הייב נישט אויף דיינע אויגן אין מקוה.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משנה איז מטהר ומזכך את הנפש, עס איז משנה דעם מענטש, עס וואשט אפ און רייסט אוועק די שלעכטס. עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב צו פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינד און אזויפיל פוגם זיין בברית - פארלירט מען די כח פון זיך קענען קאנצעטרירן און פארשטיין לערנען, זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר דו זאג די ווערטער פון משניות אפילו אן פארשטיין; ווייל אז מען זאגט אסאך משניות - באקומט מען מיט דער צייט א נייעם ריינעם מח, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה.


גיי יעדן טאג אין מקוה, פארפאס נישט קיין איין טאג מקוה. די נסיונות הויבן זיך נישט אן אין מקוה, די נסיונות איז דא טאג און נאכט, און מקוה איז מטהר את הטמאים. קענסט גיין אין די צייט וואס עס איז ליידיג, אזוי וועט דיר עס זיין גרינגער, און אז דו ווילסט פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות - זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, גיי אין א שטילע פלאץ און גיס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך קען נישט טראכטן גראד, איך טראכט שלעכטס, הייליגער באשעפער, געב מיר כח זיך צו קענען היטן פון שלעכטע מחשבות, שלעכטע הסתכלות"; אזוי זאלסטו בעטן, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מעג איך מאכן מיינע פיאות מיט א קעמל אום שבת נאך די מקוה?
שבת קודש, הלכה, מקוה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי יעדעס מאל ווען איך גיי שבת אין מקוה מאך איך נאכדעם מיינע פיאות מיט א קעמל, ווייל איך קען נישט אנגיין אן דעם, האב איך געוואלט פרעגן, אויב עס איז בעסער אז איך זאל ענדערש נישט גיין שבת אין מקוה, אדער איז דא עפעס אן היתר צו מאכן די פיאות מיט א קעמל אום שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך מקוה. דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות, און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה - נעמט מען אוועק אלע דינים.


א קעמל איז מוקצה, עס איז חילול שבת; מען טאר נישט נוצן א קעמל שבת (שלחן ערוך אורח חיים סימן שג, סעיף כז).


שבת איז שיין פיאות וואס איז נישט געקעמט. גיי אין מקוה, און חס ושלום קעמען די פיאות, און אז מען זעט שיינע געקעמטע פיאות שבת קודש  - איז דאס נישט שיין, מען קען נישט קוקן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#13 - מעג מען מאכן א ברכה ווען מען דארף גיין אין מקוה?
הלכה, מקוה, חומרות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ווען מען דארף גיין אין מקוה פאר טבילת עזרא, איך ווייס אז מען טאר נישט זאגן קיין שום דבר שבקדושה פאר די מקוה, און איך בין זייער מקפיד אויף דעם, אבער עס מאכט זיך אמאל אז איך וויל קודם טרינקען א קאווע אדער מען דארף מען מאכן א ברכת אשר יצר, און איך ווייס נישט קלאר וואס מען דארף טון אין אזא צייט. איין מדריך האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט מאכן א ברכה, מען זאל טאקע נישט טרינקען, א צווייטער האט מיר געזאגט אז איך זאל יוצא זיין די ברכה פון א צווייטן, דערנאך האט מיר דער ערשטער געזאגט אז דאס איז נאך ערגער, עס איז ענדערש צו טרינקען אן א ברכה ווי צו זאגן די ברכה אבער דאס טאר מען אויך נישט, און למעשה ווייס איך וואס צו טון, צומאל טרינק איך אן א ברכה און אמאל מאך איך יא א ברכה. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן א קלארע פסק וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו דארפסט עסן אדער טרינקען - זאלסטו אודאי מאכן א ברכה; חס וחלילה עסן און טרינקען אן א ברכה, און אז עס איז סוף זמן קריאת שמע - זאלסטו ליינען קריאת שמע און נישט מבטל זיין קריאת שמע בזמנו, אזוי ווי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שלחן ערוך אז היינטיגע טעג איז בטלה טבילת עזרא (אורח חיים, סימן פח).


מיר זענען טאקע זייער מקפיד אויף טבילת עזרא, אבער חס ושלום מבטל זיין ברכות און קריאת שמע וכדומה. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז): "יֵּשׁ אֲנָשִׁים שֶׁבִּשְׁבִיל חֻמְרָא אַחַת מְבַטְּלִין הַרְבֵּה מְאֹד מֵעֲבוֹדַת ה' כִּמְעַט הַכֹּל", עס זענען דא מענטשן וואס וועגן איין חומרא זענען זיי מבטל פון עבודות השם, דאס טאר נישט זיין; מען דארף מקפיד זיין אויף גיין אין מקוה - אבער נישט חס ושלום מבטל זיין תורה ותפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - פארוואס קען איך זיך נישט היטן די אויגן אין מקוה?
קדושה, תפילות אויף אידיש, בזיונות, שמירת עינים, בחור, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך זייער אין קדושה, בפרט אין די נושא פון זיך היטן די אויגן אין מקוה. פון אלס יונגער בחור האב איך זיך ליידער שוין צוגעוואוינט דערצו ווייל קיינער האט מיר עס נישט אויסגעלערנט, ביז איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש קודש קדשים און איך בין געווארן בעסער און בעסער, און ביז פאר א תקופה צוריק בין איך ממש געווען זייער אפגעהיטן אין מקוה, און איך האב זיך געהיטן מיינע אויגן, אבער לעצטנס האט מיין יצר הרע זיך אנגעצונדן אין מיר און איך קען שטיין און קוקן פאר א לאנגע צייט ווי א משוגענער, און אין מיין קאפ בוזשעוועט די שיעורים פונעם ראש ישיבה און איך וויין צום אייבערשטן אז איך וויל זיך שוין ארויסזען פון די בלאטע, אבער איך פאל און איך פאל און דאס פירט מיר שפעטער אריין אין שמוציגע עבירות רחמנא ליצלן.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז כדי צו תשובה טון דארף מען אריבערגיין אין די פלעצער וואס מען איז געווען פריער און דאס מאל זאל מען זיך שטארקן און צוריק האלטן, אבער פאקטיש קען איך נישט געווינען מיין יצר הרע.


וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן פון די געדיכטע בלאטע פון שטיין און קוקן נאך און נאך שמוץ; אין גאס בין איך גאנץ אפגעהיטן אבער אין מקוה בין איך משוגע און איך זאג צו מיר "מענטשן זעען דו ביזט משוגע?" און הלוואי זאל איך שוין האבן א קלארע אמונה און איך זאל קענען זאגן צו זיך "דו ביזט משוגע? דער אייבערשטער זעט!"


ביטע אויב קען דער ראש ישיבה מיר ביטע געבן אן עצה און בעטן פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היטן די אויגן איז די וויכטיגסטע זאך. חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה): "לִיבָּא וְעֵינָא תְּרֵין סָרְסוּרִין דְּחֲטָאָה", דאס הארץ און אויגן זענען די מעקלער פאר עבירות, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "אִי יְהָבְתְּ לִי לִבְּךָ וְעֵינֶיךָ", אויב דו וועסט מיר געבן די צוויי זאכן, דיין הארץ מיט דיינע אויגן - "אֲנָא יְדַע דְּאַתְּ לִי", ווייס איך אז דו ביסט מיינער. נאך זאגן די הייליגע חכמים (במדבר רבה י, ב): "מָה רָאָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לִשְׁאֹל מִיִּשְׂרָאֵל הַלֵּב וְהָעֵינַיִם שֶׁיִּהְיוּ אַחֲרָיו", פארוואס האט דער אייבערשטער געבעטן פון אידישע קינדער מען זאל היטן די אויגן און די הארץ? "לְפִי שֶׁהָעֲבֵרָה תְּלוּיָה בָּהֶם", ווייל אין די אויגן און הארץ איז אנגעהאנגען דאס טון עבירות; "הָעֵינַיִם רוֹאוֹת אֶת הַזּוֹנָה", ווייל אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב מְהַרְהֵר אַחֲרֶיהָ", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, ביז מען פאלט אראפ אין טון עבירות רחמנא לצלן.


וואס זאל איך דיר זאגן, קוקן אין מקוה אויף מענטשן וואס זענען אויסגעטון - איז א פשוט'ע קראנקהייט. מוהרא"ש טייטשט וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", וועסט משוגע ווערן פון וואס דו זעסט; זאגט מוהרא"ש דאס מיינט מען, דער וואס היט נישט די אויגן, דער איז פשוט משוגע. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לו) אז אלע משוגעים קומט פון ניאוף רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, הויב אן היטן דיינע אויגן, הער אויף קוקן אין מקוה; אז דו וועסט ווייטער מפקיר זיין דיינע אויגן - וועט נישט נעמען לאנג ביז מען וועט דיך ארויספירן מיט בזיונות, עס וועט זיין גרויסע בזיונות וכו'. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה, סימן ח): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע", ווער עס קוקט נישט קיין שלעכטס, "עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווערט געראטעוועט פון בזיונות.


הער אויף קוקן. מיין נישט אז עס איז נישט מעגליך; ווען מען רעדט צו מענטשן פון נישט קוקן ניאוף מיינט מען אז דאס איז נישט שייך, מענטשן זענען נעבעך אזוי איינגעטינקען אין די עקלדיגע עבירה, אז מען מיינט עס איז נישט שייך אפצולאזן. אבער עס איז נישט אזוי, מען קען אין איין סעקונדע ווערן א געזונטער מענטש, אויפהערן קוקן.


נעם די עצה פון תפילה והתבודדות, זוך אויף א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, גיי אהין און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דערצייל אים ווי קראנק דו ביסט, זאג: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אזוי צעדריידט, איך בין זיך מפקיר מיינע אויגן, איך קוק עבירות, איך שטיי אין מקוה און קוק און קוק, איך בין אזוי משוגע, העלף מיר, ראטעווע מיך, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און זיין אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שנעל תשובה טון.

#11 - זאל מען גיין אין מקוה אינעם זעלבן טאג וואס מען איז דורכגעפאלן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, מקוה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב איז מען חס ושלום דורכגעפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, ביינאכט נאך די שקיעה, דארף מען גיין אין מקוה נאך יענעם טאג, אדער איז גענוג אז מען גייט אין מקוה דעם קומענדיגן אינדערפרי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכים החודש, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) בזו הלשון: "דאס ערשטע איז מקוה", נאכדעם האט דער רבי אונז מגלה געווען די צען קאפיטלעך תהילים.


דעריבער, אז דו ביסט נכשל געווארן - זאלסטו די ערשטע זאך גיין אין מקוה. אפילו דו ביסט שוין געווען אינדערפרי אין מקוה - זאלסטו גיין נאכאמאל; אז מען וואשט אויס א קלייד און עס ווערט שמוציג פארשטייט יעדער אז מען דארף דאס נאכאמאל ריין מאכן, און נאכאמאל ריין מאכן; אזוי אויך, אז מען איז געווען אין מקוה, מען האט זיך מטהר געווען פארן אייבערשטן און מען איז ליידער נכשל געווארן אינעם זעלבן טאג - דארף מען זיך גיין פונדאסניי רייניגן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "צְּרִיכִין לִזָּהֵר מְאֹד לִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בִּלְתִּי טָהוֹר", מען זאל גיין אין מקוה אינעם טאג וואס מען איז נישט ריין, "וַאֲפִלּוּ אִם לֹא יוּכַל לִטְבֹּל בַּבֹּקֶר", און אז מען קען נישט גיין אינדערפרי, "עַל כָּל פָּנִים יִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם, אֲפִלּוּ לִפְנוֹת עֶרֶב", זאל מען כאטשיג גיין פארנאכטס, "כִּי צְרִיכִין לִזָּהֵר מְאֹד לִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם דַּיְקָא", מען זאל זיך טובל'ן אין יענעם טאג.


נעם די עצה פון רבי'ן, פון תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין אייגענע שפראך, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל, איך בין נאכאמאל אראפגעפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, איך נעם זיך פאר איך גיי מער נישט זינדיגן. רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האלט אין איין פאלן אין די עבירה, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.


דער רבי זאגט, התבודדות ותפילה - דאס איז די וועג, און ווער עס איז שטארק אין דעם וועט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.