שאלה אין קורצן ענין
#25 - איז דא קראנטע מעשיות פון אידן וועלכע זענען ארויסגעקראכן פון שמוץ דורך תורה ותפלה?
קדושה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

Dear Rosh Yeshva Shlita,


I would like to thank you for everything you do for me!!


Through the shiurim I learnt how to talk to Hashem about all that is bothering me and I now learn Chumsh Meshnayes and say Tehillim every day.


Could the Rosh Yeshva PLEASE share real life stories of bachurim and yungerlite who were ADDICTED to inappropriate videos etc. that talking to Hashem about everything that bothers them and asking for his help and learning Chumsh, Meshnayes and saying Tehillim every day, and now are NOT ADDICTED anymore (I am asking this because there those who say that for addiction you need 12 step program, live meetings, sponsor, and I heard criticism from the Rosh Yeshva about telling people your problems...) would really appreciate a response since the situation is desperate.


with all the respect for your Avodas Hakodsh!!


Dovid

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז שוין די צענטע יאר פון ווען דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו האבן די ישיבה, וואו איך לערן תורה מיט אידישע קינדער; אין ישיבה האבן זיך שוין אדורך געדרייט טויזענטער בחורים. וואס זאל איך דיר זאגן, אלע בחורים וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות, די אלע האבן זייער שיין מצליח געווען אין לעבן; זיי האבן חתונה געהאט און האבן אויפגעשטעלט שיינע שטובער, ווייל ווער עס פאלגט דעם רבינ'ס עצות ווערט א נייער מענטש; דער רבי געבט א נייער מח, א נייער הארץ.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגען אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד!" איך מיין אז איינמאל מען הערט אזא שיחה פון רבי'ן איז שוין ביטול הבחירה, ווייל וואו דער ס"מ זאל דיך נאר אריין ווארפן, און וואס עס זאל נאר איבער גיין אויף דיר, האסטו שוין א וועג פון רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויס גיין פון דארט.


דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט זיך נעבעך אויסגעברענט זיין מח מיט עקעלדיגע מאוויס, ביז ער איז נעבעך אריין געפאלן אין קוקן פארנאגראפיע רחמנא לצלן, וואס עס איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם; אויב אבער דער מענטש וועט נעמען דעם רבינ'ס עצות און דאס אויספאלגן, וועט ער ארויס קריכן פון זיין בלאטע. בפרט אז מען נוצט די עצה פונעם רבינ'ס דרך הלימוד; וואס בדרך כלל די אלע וואס פאלן אריין אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זיי האבן זיך שוין אנגעזען מיט אלע שמוץ וואס עס איז דא אויף דער וועלט, און זיי האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה, די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל, און דאס וועט אים ארויס שלעפן פון זיין פלאנטער, און אים אפהאלטן פון זיין רגילות.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר דערציילן אמת'ע מעשיות פון בחורים וואס זענען ארויס געקראכן פון זייערע נישט גוטע מעשים דורך די עצות פון רבי'ן; געלויבט דעם אייבערשטן אז שוין צען יאר וואס די ישיבה שטייט, און בחורים און אינגעלייט קומען בעטן עצות ווי אזוי ארויס צו קריכן פון זייער בלאטע, בחורים וואס פון אינדרויסן זעען זיי אויס ווי ערנסטע בחורים וכו' וכו', און זיי שרייען: "ראטעווע אונז פון אונזער זומפ, מיר זינקן אין בלאטע, מיר זינקען אין עבירות", און נאר די עצות פון רבי'ן האט זיי געהאלפן; זיי האבן אלע חתונה, און הייבן ברוך ה' אן א שיינע לעבן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס עצות מיט א תמימות און פשיטות, און צו וואס א מענטש קען זוכה זיין דא בזה העולם. פון אינדרויסן זעט מען גארנישט, מען זעט מען אויס זייער פשוט, אבער דער מענטש איז צוגעקלעבט צום אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין, צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִין", א צדיק גמור קען אויך נישט אנקומען דארט וואו א בעל תשובה קומט אן.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר פארציילן מעשיות פון מענטשן וואס זענען ארויס געקראכן פון זייערע שמוציגע מעשים דורך די עצות פון רבי'ן; איך בעט דיר פארקערט, דו שרייב מיר מעשיות פון מענטשן וואס האבן אפגעלאזט זייערע שלעכטע רגילות'ער אן תורה און אן תפילה, נאר דורך גוי'אישע מעטאדן וכו'; א איד קען נישט געהיילט ווערן מיט גוי'אישע וועגן וכו' וכו', א איד האט בלויז איין עצה, דער עצה איז תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנֵי, בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיין קינד, איך האב באשאפן דעם יצר הרע אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנסטו תורה וועסטו נישט זיין אונטער אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנסטו נישט קיין תורה, וועסטו זיין אונטער אים.


די איינציגסטע עצה פאר א איד ארויס צו גיין פון זיינע נישט גוטע מעשים - איז תורה; מען דארף נאר האבן א עצה אויף די עצה, מען דארף אן עצה צו לערנען; דא קומט אריין דער הייליגער רבי אין בילד, דער רבי האט אזא זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר יעדן איינעם, א וועג פאר יונג און אלט, נישט קיין חילוק ארעם אדער רייך, א וועג פאר קלוגע און נישט קלוגע. דער וועג איז - מען זאל אנהייבן לערנען די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט; מען זאל לערנען תורה לשמה, פארן אייבערשטנ'ס וועגן, אפילו איך פארשטיי נישט וואס איך לערן, איך פארשטיי נישט וואס איך זאג, דאך לערן איך די הייליגע תורה, ווייל איך גלייב אז דאס איז מיין רפואה, איך גלייב אז (אבות ו, ז): "גְדוֹלָה תּוֹרָה שֶׁנוֹתֶנֶת חַיִּים" תורה געבט לעבן; איך גלייב אז (עירובין נד.): "חָשׁ בְּרֹאשׁוֹ יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה", תורה איז א רפואה פאר מיין קאפ; מיין קאפ איז פארדרייט מיט שלעכטע מחשבות, די תורה וועט עס צוריק דרייען; איך גלייב אז תורה איז א רפואה פאר אלע מיינע פראבלעמען אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה (עירובין, שם): "חָשׁ בְּכָל גּוּפוֹ יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה".


חכמינו זכרונו לברכה זאגן (כתובות עז:): רבי יוחנן האט אויסגערופן: "געבט אכטונג פון די פליגן וואס זענען געווען ביי די מענטשן וואס האבן די מחלה וואס הייסט "בַּעֲלֵי רָאַתָן". רבי זירא איז נישט געזיצן אויף די זייט וואו די ווינט בלאזט, אויב זענען דארט געווען מענטשן מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אליעזר איז נישט אריין אין א הויז אויב איז דארט געווען אזא מענטש מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אמי און רבי אסי האבן נישט געוואלט עסן אייער וואס מען האט פארקויפט אויף א גאס וואס דארט איז דא א מענטש מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; זאגן חכמינו זכרונו לברכה אז ר' יהושע בן לוי האט זיך ארום גענומען מיט זיי און געלערנט מיט זיי תורה, ער האט געזאגט, עס שטייט דאך אין פסוק (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", די תורה ברענגט חֵן, "אִם חֵן מַעֲלֶה עַל לוֹמְדֶיהָ, אֲגוּנֵי לֹא מַגָּנָא?!" אויב ברענגט עס חֵן, איז דאך זיכער אז עס היילט אויס יעדן איינעם.


זעט מען פון דעם גמרא דאס גרויסקייט פון לערנען תורה; אז אפילו א מענטש איז אזוי קראנק רחמנא לצלן אז מען דארף זיך אכטונג געבן פון אים, דאך קען ער האבן א רפואה שלימה אויב ער לערנט תורה. און דאס גייט אויך ארויף אויף א מענטש וואס ליגט נעבעך אין טינופת, ער קוקט שמוץ, און זיין מח איז אים רחמנא לצלן אינגאנצן פארדארבן, און ער ליידט אויף די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן", ער איז נעבעך אזוי אראפגעפאלן אז ער קוקט נעבעך פארנאגראפיע רחמנא לצלן; קוק וואס רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "בַּעֲלֵי רָאַתָן"): "וואס איז דאס "בַּעֲלֵי רָאַתָן? "שֶׁרֶץ יֵשׁ לוֹ בְּמוֹחוֹ"; דאס גייט ארויף אויף עבירות. א מענטש וואס קוקט שמוציגע מאוויס, ער האט נעבעך א שרץ אין זיין מח, און דער מח איז אים אויסגעברענט; אפילו אזא מענטש וואס איז אזוי ווייט אראפ געפאלן, זאגט רבי יהושע בן לוי: "אִם חֵן מַעֲלֶה עַל לוֹמְדֶיהָ, אֲגוּנֵי לֹא מַגָּנָא?! אויב ברענגט עס חֵן איז דאך זיכער אז עס היילט אויס יעדן איינעם, און מען וועט ארויס קריכן פון די בלאטע וואס מען איז אריין געפאלן.


דערפאר בעט איך דיר טייערער חבר, קוק נישט אויף קיינעם; בינד זיך צו צום הייליגן רבי'ן און פאלג זיינע עצות. נעם דיר א משניות און זאג א פרק נאך א פרק, (אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים משניות - וואויל איז דיר), אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו וועסט ארויס קריכן פון דיין בלאטע.


אויך זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "העלף מיר טאטע, העלף מיר טאטע, נעם מיר ארויס פון מיין בלאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל אוועק ווארפן מיינע מאוויס, איך זאל נישט צוריק לויפן צו מיינע שלעכטע מעשים".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה אז מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות, דער רבי געבט א נייער מח, א נייער הארץ, און אפילו א נייע גוף; עס איז מקובל ביי אנשי שלומינו אז אפילו א מענטש וואס איז געבוירן געווארן שלא בקדושה וכו', אויב וועט ער קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, און זאגן דארט דעם תיקון הכללי, וועט אים דער רבי געבן א נייעם גוף, א גוף קדוש.


ווען א מענטש לערנט דעם רבינ'ס ספרים, און ער הייבט אן זיך מתבודד זיין מיטן אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן, דער מענטש הייבט זיך אן צו שעמען פונעם אייבערשטן; אפילו קיינער איז נישט אין שטוב, ער זיצט אליין, קען ער מער נישט גיין קוקן א מאווי, ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער זאגט צו זיך: "געוואלד, וואס איז מיט מיר, דער אייבערשטער איז דאך דא, דער אייבערשטער זעט דאך אלעס וואס איך טו".


איך קען נישט מאריך זיין ווייל איך דארף אריין גיין צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#24 - מיין זון פאלט פון אידישקייט, ווי אזוי באגיי איך זיך מיט אים?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון, בני בכורי, האט אביסל נאכגעלאזט פון זיין אידישקייט רחמנא ליצלן, עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיין סמארט פאון, און ער איז זיך אוועק געפארן. לעצטנס איז ער זיך אביסל מחזק, ער קומט אריין און ער לערנט אביסל מיט מיר, און נאך פארשידענע חיזוק וואס איך ווייס נישט.


היינט נאכט דערציילט ער מיר אז ער מיט זיינע חברים, וואס רעכנט אריין אויך חבר'טעס רח"ל, האבן פארשטעלט איינע פון די מיידלעך און זיי זענען אריין געגאנגען אין בית המדרש ... ביי די שמחת בית השואבה. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, דאס איז דאך ממש אזא עצה אזוי ווי בלעם הרשע בשעתו לפרוץ גדרי קדושה רחמנא ליצלן.


איך האב אים אבער גארנישט געזאגט, איך וויל אים נישט מרחק זיין. וויל איך אייך פרעגן וואס איר זאגט וועגן דעם? וואס זאל זיין מיין באציאונג צו אים בכלל?


מיין ווייטאג איז גאר גרויס, עס גייט נישט דורך א טאג וואס איך דאווען נישט פאר אים, און פון דעסט וועגן זע איך א גרויסער הסתר, און איך זע נישט ביי אים קיין ערנסטער טריט אויף צוריק.


א גרויסן יישר כח.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געליינט דיין בריוו, און איך האב מיט געוויינט מיט דיר; דו פרעגסט מיר ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט אים, אודאי זאלסטו אים נישט מרחק זיין, ווייל עס וועט גארנישט העלפן.


עס איז זייער א שווערע זאך פאר עלטערן צו מקרב זיין א קינד ווען מען זעט ווי ער פירט זיך נישט אויף ווי די תורה הייסט, מען זאל אפגעהיטן ווערן פון די צער וואס עלטערן האבן ווען זיי זעען ווי זייערס א קינד גייט אוועק פונעם דרך התורה. אבער אויב מען וויל תכלית, אויב מען וויל אמת, מען קוקט נישט אויף די אייגענע כבוד וכדומה, און מען איז מקרב דעם קינד ווי אזוי ער איז, קען מען בעזרת השם יתברך זוכה זיין מיט די צייט אז דאס קינד וועט תשובה טון וכו'.


עס איז דא א מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג, פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן, מען דארף האבן אמונה אינעם אייבערשטן. מיר דארפן וויסן אז מיר ווייסן גארנישט, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד), מיר ווייסן גארנישט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ברכות י.) אז ווען ישעיהו הנביא איז געקומען זאגן פאר חזקיהו המלך די נבואה פונעם אייבערשטן אז ער גייט שטארבן, האט חזקיהו המלך אים געפרעגט פארוואס, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: "דְּלֹא עָסַקְתָּ בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה", ווייל דו האסט נישט חתונה געהאט, האט חזקיהו המלך געזאגט פאר ישעיהו הנביא: "דו ווייסט פארוואס איך האב נישט חתונה געהאט? ווייל איך זע ברוח הקודש אז איך גיי האבן א קינד וואס גייט ארויס גיין לתרבות רעה", האט אים ישעיהו הנביא געענטפערט: "בַּהֲדֵי כָּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָּה לָך?!", וואס האסטו מיט די באהאלטענע וועגן פונעם אייבערשטן, דו דארפסט טון וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן טון, און וואס דער אייבערשטער וויל טון זאל ער טון; שטייט ווייטער דארט, אז למעשה האט ער חתונה געהאט, און ער איז געבליבן לעבן, עיין שם.


אין דעם חז"ל ליגט זייער אסאך חיזוק; ווייל מען זעט פון דא אז מענטש דארף נישט ווערן צעבראכן ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח מיט זיינע קינדער, ווייל געווענליך הייבט א מענטש אן צו טראכטן אלע נעגעטיווע מחשבות: "ווער איז שולדיג", "פארוואס דארף איך ברענגען קינדער" וכו' וכו', לערנען אונז דא חז"ל אז מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך, אז דער אייבערשטער האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער אויף די וועלט, דארפן מיר דאס טון און זיך פרייען אז מיר טוהן זיין רצון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש זאל מתפלל זיין ער זאל האבן אסאך קינדער, און אפילו אז ער ווייסט קלאר אז אלע זיינע קינדער וועלן ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן, זאל ער ברענגען קינדער אויף די וועלט, ווייל משיח וועט זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן".


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן חס ושלום נישט צו מרחק זיין קיין קינדער, און אפילו זיי זענען אוועק געפאלן פונעם דרך התורה וכו' דארף מען זיי מקרב זיין; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיטן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:): אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ; נאר אויף דעם וועג מעג מען געבן מוסר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. אויב מען האט נישט קיין סבלנות, מען איז מרחק א קינד וואס גייט נישט אויפן דרך התורה, קען מען אינגאנצן פארלירן דעם קינד חס ושלום.


דו שרייבסט מיר אז דו דאווענסט יעדן טאג, און דו זעסט נישט ווי עס העלפט; ליין איבער די בריוו וואס דו שרייבסט אליינס אז 'לעצטענס איז ער זיך אביסל מחזק און ער לערענט מיט דיר אביסל'. שרייבסט דאך אליינס אז דו זעסט א שינוי לטובה, דאס דארף דיר זייער מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון.


איך ווייס אז עס איז זייער שווער צו קוקן אויף דאס ביסל וואס ער קומט לערנען אנטקעגן די גרעסערע חלק וואס ער דארף נאך תשובה טון וכו', אבער וויסן זאלסטו אז יעדע איינציגע תפילה העלפט, נאר מען דארף האבן אויף תפילה זייער אסאך סבלנות, און געדענקען דעם מאמר החכם: "מִי שֶׁשָּׂם הַסֵּבֶל תַּכְלִיתוֹ, יַגִּיעֵהוּ הַסֵּבֶל אֶל חֶפְצוֹ", ווער עס האט געדולד, וועט צום סוף אנקומען צו וואס ער וויל; עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה בזה העולם ווען א מענטש זעט ווי עס לויפן אים נאך שוועריקייטן - נאר צו אנטלויפן צום הייליגן באשעפער, און צו וויינען צו אים טאג נאך טאג וואך נאך וואך אן אן אויפהער.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן רופן מיר נישט וויינען וועגן זייערע קינדער - סיי בחורים און סיי מיידלעך וואס פאלן אוועק מדרך התורה, השם ישמרינו; מען בעט מיר צי איך קען רעדן צו זייער קינד ווען דער קינד וויל נישט הערן פון גארנישט. מען דארף רעדן צום קינד ווען דער קינד וויל נאך הערן, מען דארף אויסהערן דעם קינד ווען ער וויל נאך הערן חיזוק, נישט מען זאל אים זאגן: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "דו דארפסט לערנען מער וויפיל דו קענסט".


איך האב געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" פאר צען יאר צוריק; שוין צען יאר וואס איך לערן מיט בחורים און איך בין זיי מחזק. מען קען נאר רעדן צו איינער וואס וויל הערן, אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין", וואויל איז פאר א מענטש וואס רעדט צו אויערן וואס ווילן הערן; זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג, ווייל ווען דאס קינד האט נאך געוואלט הערן חיזוק, דער קינד האט געוואלט זיין גוט, האט מען אים געשריגן אויף אים: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "מאך דיך נישט משוגע", און ווען די עלטערן זעען שפעטער ווי דער קינד איז שוין אינגאנצען אוועק געגאנגען, דעמאלט וועקט מען זיך אויף, דעמאלט וויל מען אים מחזק זיין, אבער דעמאלט וויל שוין נישט דער קינד.


עס איז זייער א ווייטאגליכער נושא ווען עלטערן רופן מיך אן צי איך קען רעדן מיט זייער קינד, ווען די זעלבע עלטערן האבן געווארענט דעם קינד אז אויב וועט מען אים כאפן האבן שייכות מיט א ברסלב'ער וועט זיין אחת דתו, נאר שפעטער ווען דער קינד קען שוין נישט, און ער פאלט אראפ, דעמאלט איז מען שוין מסכים וכו', אבער דער קינד דארף אויך וועלן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און עס זאל בקרוב אריין גיין א רוח טהרה אין דיין זון דער בכור, אמן.

#23 - ווי אזוי ווער איך פטור פון מיין נסיון צו א סמארטפאון?
קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א
איך לערן אין א ישיבה אין ארץ ישראל, יעצט אויף די מינוט האב איך נישט קיין סמארטפאון, אבער ווי אזוי קען איך זען דאס אנצוהאלטן, און די צוויי יאר וואס איך לערן דא האב איך שוין געהאט בערך 8-9 פאון'ס. יעדעס מאל ווען עס כאפט מיר א שוואכע מינוט, קויף איך איינס אין נאך אפאר טאג ווארף איך עס אוועק. אדער גיי איך צו א קאמפיוטער סטאר וואס האט נישט קיין שום פילטער.
באמת וויל איך זיין גוט און ערליך, און איך ווייס אז א טעלעפאן איז שמוץ, ווייל דאס איז וואס איך קוק א גאנצן טאג ווען איך האב עס, איז וואס איז די עצה צו זיין א צדיק?
משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז האסט זיך געקויפט א סמארטפאון און דורך דעם ביסטו אראפ געפאלן טיף טיף אין שאול תחתית, און דו ביסט נכשל געווארן מיט הארבע עבירות רחמנא לצלן, און דו שרייבסט מיר אז איך זאל דיר העלפן ארויס קריכן פון דיין בלאטע; אויך שרייבסטו מיר אז דו גייסט אין שמוציגע פלעצער, אנשטאט צו זיצן אין ישיבה, בשעת דיינע עלטערן האבן דיר געשיקט לערנען אין ארץ ישראל וכו', גייסטו קיין וכו' קוקן שמוץ ה' ירחם, און דו בעטסט מיר אן עצה.


וויסן זאלסטו אז יעדער מענטש קען תשובה טון - נישט קיין חילוק ווי ווייט ער איז שוין פארקראכן; איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין סמארטפאון, וואס דו דארפסט עס נישט האבן; קוק צו וואס עס ברענגט דיר צו, ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער בחור וואס שרייבט מיר אזא בריוו, איך באקום יעדן טאג בריוו פון בחורים און מיידליך וואס וויינען צו מיר אז איך זאל זיי העלפן ארויס קריכן פון זייער בלאטע; זיי שרייבן מיר: "אינדרויסן מיינען אלע אז מיר זענען גוט וכו', אבער שטילערהייט זענען מיר פארדארבן, אזוי ווייט אז מיר ווילן זיך פשוט נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן".


מאך זיך א שיעור אין משניות; יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען ר' נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן, צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רח"ל? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אז אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


איך בעט דיר זייער, מיין נישט אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר, און ער וויל דיר נישט צוריק נעמען, ווייל דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): " גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס אז ווען א מענטש טוט תשובה - ער איז זיך מתודה פארן אייבערשטן, שטייט ער פארן כסא הכבוד. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", א בעל תשובה איז חשוב ביים אייבערשטן מער ווי גרויסע צדיקים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך; ווען א מענטש פארציילט אלעס פארן אייבערשטן, און ער איז זיך מתודה פאר אים, דעמאלט נעמט דער אייבערשטער צוריק דעם מענטש.


זאלסט אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן כח און שכל נישט צו נעמען א סמארטפאון, ווייל דאס צעשטערט פשוט דעם לעבן פון א מענטש, עס נעמט ארויס יעדעס טראפ יראת שמים וואס דער מענטש האט.


 דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב, און אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל, אמן.

#22 - מעג מען האבן וואטסעפפ נאר צו שרייבן?
תהלים, פרנסה, טעלעפאן, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז א פראבלעם צו האבן וואטסעפפ, אויב מען נוצט עס נאר צו שרייבן, און נישט צו קוקן נייעס און נארישקייטן?


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער בעסער זיך צו באגיין אן דעם, ווייל דאס ציט מיט א שטארקע מאגאנעטישע כח און עס בארויבט דעם מענטש זיין צייט, זיין יוגענט, זיין ווייב און קינדער, זיין אלעס.


עס לוינט נישט צו אנהויבן מיט די זאכן, אזויפיל מענטשן האבן פארלוירן זייער יראת שמים דורכן טעלעפאן. איך אליין קען צענדליגער אינגעלייט וואס זענען געווען טייערע אינגעלייט, איידעלע אינגעלייט, זיי זענען געגאנגען ארבעטן און זיי האבן אנגעהויבן ביי די ארבעט איידעלערהייט נאר דאס, און נאר יענץ - און זיי האבן פארלוירן זייער רואיגקייט, זייער ישוב הדעת, זייער יראת שמים וכו'.


זאג יעדן טאג דעם יום תהלים, דאס וועט דיך ברענגען צו זיין ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#21 - ווי אזוי רייניג איך אויס מיין הויז פון שלעכטס?
שלום בית, קדושה, אידישע שטוב, צדיקים, פרנסה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט טראכטן גראד, איך בין אזוי טרויעריג און דערשראקן, מיין מאן איז געזעסן די נאכט פאר אכט שעה מיט א סמארטפאון, איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו האנדלען.


איך האב אים געטראפן ניין דרייסיג אינדערפרי זיצן מיט'ן סמארטפאון אויפ'ן פארטש נאך פון נעכטן נאכט. איך האלט עס נישט אויס, איך הער נישט אויף צו וויינען א גאנצן טאג.


באמת איז עס מיין שולד, עס איז מיין ארבעט'ס טעלעפאן, עס האט טאקע א פילטער אבער איך בין זיכער אז אויב מען זיצט דערויף פאר אזוי לאנג קען מען עפעס טרעפן שלעכטס. יעצט וויין איך פארוואס איך האב נישט געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל בכלל גיין אין קאנטרי און ארבעטן פון מיין באנגעלאו.


וואס טו איך יעצט? איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן, איך וויל האבן א ריינע הויז, אפגעהיטן פון אלע סארט שלעכטס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די צדיקים פון אונזער דור און די צדיקים פון די פריערדיגע דור האבן אלע גערעדט פון די סכנה פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון וכדומה, ווייל אפילו מיט א פילטער קען מען אראפפאלן רחמנא לצלן און אלעס פארלירן, אזויפיל שטיבער זענען צעפאלן צוליב א קליינע טעלעפאן, און אזויפיל קינדער זענען אראפ פון וועג צוליב די כלים.


ווארפט ארויס פון שטוב די שעדליכע כלים, עס איז נישט ווערד די פרנסה - צוגרונד צו לייגן די שטוב. נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם עבירות רחמנא לצלן, און נעמט נישט אריין אין האנט קיין סמארטפאון.


בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע דורות, זיי זאלן אלע זיין ערליך, אפגעהיטן פון עבירות, מיר לעבן היינט אין שווערע נסיונות, עס איז נישט מעגליך אן תפילות צו זיין אפגעהיטן, מען דארף אסאך בעטן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן - צו זיין אפגעהיטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טו איך אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, טעלעפאן, חברים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס איז מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג איר זאלט נישט אנקומען צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן. איר דארפט נישט אפהאקן די פריינדשאפט, מען קען ווייטער בלייבן פריינד אבער נישט קוקן אינעם טעלעפאן קיין שום זאך, אפילו נישט שלעכטע זאכן.


א רחמנות אויף אונזער דור, עס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות; יונגע קינדער פאלן אראפ נאך איידער זיי באקומען דעת, יונגערהייט ווערט מען צוגעקלעבט צום טעלעפאן און נאכדעם האט מען שוין נישט די אויסוואל, מען קען שוין נישט אויסוועלן צו זיין גוט, מען איז שוין צוגעקלעבט צו קוקן און זיך שרייבן נישט גוטע זאכן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון שלעכטס, געב מיר כח צו קענען היטן מיינע אויגן און מיין מחשבה, געב מיר כח נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך נישט גוטע זאכן, העלף מיך און מיינע דורות אלע זאלן בלייבן ביי די אמונה".


נאר מיט תפילה און אסאך התבודדות קען מען בלייבן ערליך און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מסכים זיין צו א שידוך וואס האט א סמארטפאון?
שידוכים, מורה דרך, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, מען האט מיר אנגעטראגן א שידוך, און נאכ'ן מברר זיין און באקומען גוטע אינפארמאציע האבן מיר געהאט א בעשוי, און ער האט מיר דערציילט אז ביי זייער חסידות איז זייער נארמאל דארט צו האבן א סמארטפאון, און ער האט אויך אזא טעלעפאן, און דער רבי פון יענע חסידות האלט אז עס נישט קיין פראבלעם אויב מען האט עס אויף א כשר'ן אופן.


דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויפ'ן שידוך, כאטש וואס עס זעט אויס אז ער נוצט עס טאקע נאר אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, א האלבע טאג נוצט ער עס בכלל נישט, ווייל ער קען עס נישט אריינברענגען דארט וואו ער ארבעט, און ער זאגט אז ער האט זיך געמאכט א גדר נישט צו זיין פארבינדען צו גרופעס פון נייעס וכדומה, אבער ביי אונז אין שטוב איז אזוי שטארק אנגענומען קעגן דעם ברוך ה', און פלוצלינג זאל זיך יעצט טוישן פאר די קינדער די צוגאנג צו טעלעפאנען, און בעצם אויך פאר מיר, עס מיר זייער שווער.


ער האט מיר געזאגט אז זיין רבי האלט אז אויב עס איז שוין דא אזא זאך, איז בעסער עס צו נוצן פאר גוטע זאכן און פאר פרנסה און דאס גלייכן. וואס זאגט דער ראש ישיבה אויף דעם? זאל איך ממשיך זיין מיט דעם שידוך?


און צו די געלעגנהייט וויל איך אויך אויסדרוקן א גרויסן יישר כח אויף די פיל חיזוק וואס מיר באקומען כסדר פון די זאכן פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מברר אויף זיינע מידות און אויף זיין יראת שמים, און אויב ער האט גוטע מידות און יראת שמים זאלט איר גיין צום שידוך מיט שמחה.


דאס אליין, אז א מענטש האט א רבי, א מורה דרך, ער פרעגט זיין רבי און זיין רבי לערנט אים ווי זיך צו פירן - איז א געווינס. ווייל דאס איז דאס וויכטיגסטע זאך; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן אויף גוטע מידות, יראת שמים און צי עס איז דא הכנעה פאר א רב, פאר א רבי.


אודאי איז א טעלעפאן אן איינגעשטעלטע זאך, מען קען אלעס פארלירן השם ישמרינו; אבער אז דאס ווערט אויסגעשמועסט מיט א רב - איז דאס עפעס אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון די צוגעבינדענקייט צו מאוויס?
קדושה, תפילה והתבודדות, צרות, מאוויס, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, ווען נישט דעם וואלט מיין לעבן געווען פיל שווערער.


איך בין זיך מתבודד כמעט יעדן טאג, און איך האב א שטארקע רצון צו זיין אן ערליכער איד, איך געפין זיך ברוך ה' אין אן ערליכע משפחה, אבער אין מיין הויז מעג מען האבן סמארטפאונס, און ליידער קוק איך אויף דעם גאר שלעכטע זאכן, ספעציעל אין די בין הזמנים טעג ווען איך בין מער אינדערהיים קוק איך גאר אסאך שלעכטע זאכן דארט, און איך קען נישט אויפהערן מיט דעם, איך בין ממש צוגעבינדען צו דעם. יעדעס מאל איך בין זיך מתבודד לאז איך עס אפ פאר עטליכע מינוט, אבער גלייך נאכדעם פאל איך שוין נאכאמאל צוריק צו דעם.


איך ווייס און איך גלייב אז דער אייבערשטער איז דא, ער זעט יעדע זאך וואס איך טו, איך שעם זיך פון מיך אליין, אבער איך זיך ממש נישט שטארקן אויף די נסיונות, איך ווייס פשוט נישט וואס צו טון.


נעכטן האב איך געקוקט א מאווי, זייער שלעכטע זאכן, אלע דריי הארבסטע עבירות ליגן דערין, און איך האב זיך געשפירט זייער שלעכט. איך האב גערעדט מיט א חבר וואס קען אביסל קבלה ספרים און ער האט מיר געזאגט אז מען קען טאקע תשובה טון אבער עס איז זייער שווער, ווייל פון די עבירות ווערן באשאפן קליפות און שדים און עס איז דא א כף הקלע, און עס איז נישט אזוי גרינג תשובה צו טון, עס איז מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך קען זיך נישט אזוי גוט ארויסברענגען ווייל איך בין זייער צעמישט, איך ווייס נאר איין זאך אז איך דארף וויכטיג א גרויסע ישועה זיך ארויסצוזען פון די אלע שלעכטע זאכן אין וואס איך ליג. וואס טו איך? אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיך העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט קיין מאוויס, הרג'ע נישט דיין לעבן. מאוויס איז זייער שעדליך, מען קען נישט האבן א גוטע לעבן אז מען קוקט מאוויס, מען באשאפט קליפות, שדים און מזיקים וואס שעדיגן דעם מענטש.


עס לוינט נישט צו קוקן מאוויס, מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט. מען ליידט שפעטער פון די קינדער, און אז מען איז פוגם בברית ליידט מען פון מענטשן. אזוי האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אונז אנטפלעקט, ווער עס איז פוגם במחשבה ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור ליידט פון די ווייב און ווער עס איז פוגם במעשה ליידט פון מענטשן; פרעגט איך דיר, לוינט זיך די פאר מינוט תענוג צו ליידן א גאנץ לעבן פון די קינדער? לוינט זיך צו קוקן די נארישע אויסגעטראכטע מאוויס און ליידן צרות די גאנץ לעבן?!


מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות, משניות צעברעכט תאוות ניאוף. אז דו וועסט זאגן משניות טאג נאך טאג, דו וועסט דאס טון מיט אן עקשנות - וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


זאג משניות כסדרן דוקא, זאג א פרק נאך א פרק, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער זאגן מיט עקשנות. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וועג צו לערנען, עיין שיחות הר"ן (סימן עו) וואו דער רבי זאגט: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד", נאר זאגן די ווערטער, "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן די ווערטער אין א רייע, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין. "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף" און אויב מען וועט נישט פארשטיין - "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען שפעטער, מיט די צייט - פארשטיין, עיין שם.


האב רחמנות אויף דיר און אויף דיין נשמה, קוק נישט מער קיין מאוויס; דאס איז אמת'דיג תשובה טון. אז מען לאזט אפ וואס מען האט געטון ביז אהער און מען האט חרטה - איז דער אייבערשטער מוחל, און אז עס וועט דיר אנהויבן ברענען צוריק די תאווה פון קוקן - זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט קוקן. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי שריי צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן זאלסט זיך קענען היטן דיינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - ווי אזוי זאל איך רעאגירן ווען איך זע א בחור מיט א סמארטפאון?
בית המדרש, היכל הקודש, סמארטפאון, בחור, מוסר, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען געזעסן נעכטן אינאיינעם ביי אונז אין בית המדרש צו די סעודת הילולא פון רבי נתן, עס איז געווען גאר געשמאק, און מיר האבן זיך שטארק מחזק געווען ברוך ה'.


איין זאך האט מיר נאר זייער געשטערט, איך האב געזען א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון און דרייט זיך ארום כאפן בילדער, ביי אונז איז זייער מאדנע צו זען א חסידישער בחור מיט א סמארטפאון, און דאס האט מיר זייער וויי געטון.


דארף איך גארנישט טון און גארנישט זאגן ווען איך זע א בחור נעמט ארויס א סמארטפאון ביי א מסיבה אין היכל הקודש? און בכלל אויב זע איך א בחור פון די חבורה וואס נעמט ארויס א סמארטפאון, דארף איך זיך נישט וויסנדיג מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז איבער פאר די גבאים צו זאגן מוסר רייד, עס איז א גרויסע אחריות צו זאגן מוסר, עס איז זייער איינגעשטעלט.


דו זאלסט נעמען פאר דיר די מצוה פון געבן גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם, ווייל מוסר אויב מען זאגט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג - טוט עס נישט אויף, און עס מאכט נאר שאדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", זאגן מוסר איז זייער א גרויסע מצוה, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", אבער נישט יעדער איינער קען מוסר זאגן. "כְּמוֹ שֶׁאָמַר רַבִּי עֲקִיבָא", אזוי ווי רבי עקיבא זאגט (ערכין טז:) "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה", אויב איז דא אין אונזער דור, "מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ" איינער וואס קען זאגן מוסר; "וְאִם רַבִּי עֲקִיבָא אָמַר זֹאת בְּדוֹרוֹ", און אויב רבי עקיבא האט דאס געזאגט אין זיין דור, "כָּל שֶׁכֵּן בַּדּוֹר הַזֶּה שֶׁל עַכְשָׁו", איז דאך זיכער אין אונזער דור; "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹכִיחַ אֵינוֹ רָאוּי לְהוֹכִיחַ", ווייל אויב דער מוסר זאגער ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר, "אֲזַי לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר עס וועט נישט אויפטון די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", נאר ער וועט מאכן א שלעכטע גערוך אויף די וואס הערן זיינע מוסר רייד, ער וועט זיי צעברעכן, "כִּי עַל יְדֵי תּוֹכַחְתּוֹ", ווייל דורך די מוסר - "הוּא מְעוֹרֵר הָרֵיחַ רַע שֶׁל הַמַּעֲשִׂים רָעִים וּמִדּוֹת רָעוֹת שֶׁל הָאֲנָשִׁים שֶׁהוּא מוֹכִיחָם", צעקלאפט ער די מענטשן און זיי וועלן מער נישט תשובה טון.


טעלעפאונס איז א גרויסע פראבלעם, אבער די וועג פון שרייען און מוחה זיין - העלפט נישט. מיר האבן גוטע גבאים, ערליכע אידן; אז דו זעסט עפעס אין שול וואס שטערט דיר - זאלסטו דאס דורכרעדן מיט זיי. אזוי אויך, אז מען רעדט ביים דאווענען און מען ווערט געשטערט, דארף מען זיך ווענדן צו די גבאים, און זיי האבן סייעתא דשמיא; זיי ווייסן ווי אזוי, וויפיל און ווען צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - איך בין דורכגעפאלן און געקוקט שלעכטע זאכן, קען איך נאך מצליח זיין אין לעבן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, תשובה, עבירות, יונגע יארן, שמירת עינים, סמארטפאון, יאוש, שכחה, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער דורכגעפאלן, איך האב זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן, און ליידער האב איך געקוקט דערויף גאר שמוציגע און שלעכטע זאכן, און יעצט קען איך זיך נישט מוחל זיין, מיין לעבן איז מיר ממש נמאס געווארן, און בין שוין מיואש פון האבן א גוטע לעבן.


איך קען נישט דאווענען, איך האב נישט קיין סיפוק און צופרידנהייט פון קיין שום זאך, קיין איין זאך מאכט מיר נישט פרייליך, עס האלט מיר אין איין ארויפקומען אין מח די שלעכטע זאכן וואס איך האב געזען, און איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך פארגעסן די אלע זאכן?


יעצט קלאפט מיר שוין אין קאפ אז איך וועל שוין נישט באקומען א וואוילע חתן, איך וועל שוין מוזן באקומען א שידוך איינער וואס האט אויך געקוקט שלעכטע זאכן.


איך בין זייער שטארק צעבראכן און צעקלאפט, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב עס נאר געקויפט ווייל איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, איך האב געמיינט אז דאס וואס מיר צופרידן שטעלן, אבער עס האט מיר נאר פיל ערגער געמאכט דאס לעבן. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערגסטע זאך איז אויפגעבן אויפ'ן לעבן; אפילו א מענטש זאל טון דאס ערגסטע אין לעבן - איז דא פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און צו האבן א גוט לעבן.


אז איר האט זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן און דארט געזען עבירות - דארפט איר וויסן אז מען קען אלץ פאררעכטן; אז איר וועט תשובה טון, איר וועט מער נישט קוקן קיין עבירות, איר וועט זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל אייך מוחל זיין - וועט איר אלעס פאררעכטן.


א שאד אויף בחורים און מיידלעך, טייערע נשמות, אז זיי ווייסן נישט אז ווען מען קוקט עבירות מאכט מען זיך אליינס שאדן, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען ווערט דערביטערט, מען פארלירט די טעם פון לעבן, אלעס איז אנגעהאנגען אין די זאך: אין קדושה וטהרה; ווי נאר מען איז פוגם, מען טוט עבירות - פארלירט מען אלעס.


אויב איר וועט אוועקווארפן די שלעכטע טעלעפאן, איר וועט מער נישט קוקן די זאכן, און איר וועט זאגן יעדן טאג תהלים און זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן – וועט איר מיט די צייט צוריק באקומען די טעם פון וועלן לעבן, איר וועט צוריק ווערן א פרייליכע מיידל, איר וועט זיין גליקליך און צופרידן.


הויבט אן א שיעור אין תהילים; זאגט יעדן טאג אביסל תהילים אין א רייע און פארציילט די גאנצע מעשה פאר'ן אייבערשטן, ווען און ווי און מיט וועם איר זענט געגאנגען קויפן א טעלעפאן און פארוואס איר האט עס געטון. שעמט זיך נישט, דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן, רעדט צו אים שטילערהייט אין א פלאץ וואו קיינער הערט נישט, זאגט פאר'ן אייבערשטן פינקטליך וואס איר האט געזען, אלע עקלדיגע זאכן, אלע גרויליגע זאכן, און ווי דאס הרג'עט אייך, איר קענט גארנישט טראכטן, עס קומט אריין א גאנצע צייט אין אייער מחשבה די עקלדיגע זאכן; וועט איר זען עס וועט אוועקגיין, און מיט דער צייט וועט איר צוריק באקומען אייער טעם אין לעבן.


דער רבי האט צוגעזאגט, דער וואס מאכט התבודדות, דער וואס רעדט צום אייבערשטן, שמועסט מיט'ן אייבערשטן - ווערט מיט די צייט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין טאטע ס'זאל אים נישט שטערן מיין סמארטפאון?
כיבוד אב ואם, טעלעפאן, סמארטפאון, ישוב הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר אלע חיזוקים פון ראש ישיבה שליט"א וואס איך הער יעדן טאג, עס מאכט קלאר די קאפ און געבט אריין א טעם אין אידישקייט.


איך האב שוין א סמארטפאון פאר לאנגע יארן, און לעצטנס איז עס אויך געפילטערט, אבער מיין טאטע בעט מיר זייער שטארק איך זאל עס אוועקווארפן.


פון איין זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין טאטע, איך וויל זיך נישט טענה'ען מיט אים, אריינגיין אין ויכוחים וואס קען ווערן זייער נישט געשמאק. אבער פון די אנדערע זייט אפשר איז דאס א געלעגנהייט צו ענדיגן די זאך איינמאל פאר אלעמאל, איך זאל זיך נישט דארפן שפירן אלץ אראפגעקוקט פון אים, און בכלל אז ער זאל מיר אננעמען אזוי ווי איך בין. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אפילו דער טעלעפאן איז געפילטערט, עס לאזט נישט אריבערגיין קיין שמוציגע זאכן וכו' - האט עס גאר א שטארקע פראבלעם, עס לאזט נישט דעם מענטש האבן ישוב הדעת; אפילו דער פשוט'ער טעלעפאן רויבט אוועק פונעם מענטש זיין צייט, זיין מח און זיין מחשבה, און זיכער די טעלעפאונס וואס זענען נאך מער פארגעשריטן, דאס נעמט אוועק די גאנצע מח מחשבה, דאס האלט אפ דעם מענטש פון נאנט ווערן צום אייבערשטן און פון אלעס גוטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, "וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", מען טראכט נישט; מען איז פארנומען יעדע מינוט מיט אן אנדערע נארישקייט, אפגערעדט דער וואס קוקט סטעטו"ס, דער נעמט די טעלעפאן יעדע רגע אין האנט קוקן יעדן איינעמ'ס נארישקייטן, יעדן איינעמ'ס עדווערטייזמענט און יעדענ'ס דמיונות; דער האט זיכער נישט קיין ישוב הדעת.


איך קען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער אנגעזעענע מענטשן, זיי האבן געלעבט אויף די וועלט; געלערנט, געדאווענט, מיט יראת שמים, און זייט זיי קוקן די סטעטו"ס - זענען זיי אנדערע מענטשן, זיי האבן נישט די יראת שמים פון אמאל.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, דו וועסט נעמען א פשוט'ע טעלעפאן אזוי ווי אלע ערליכע אידן - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און דו אליינס וועסט האבן אן אנדערע לעבן, דו וועסט האבן מער צייט פאר דיין משפחה, מער צייט פאר לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מעג מען קוקן אויף א שוועגערין?
הלכה, צניעות, קדושה, מאוויס, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון, בחור, תודה והודאה, עצתו אמונה, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן מיין בריוו, איך האב אבער געשפירט אז איך מוז שרייבן.


איך לערן אין איינע פון די בעסטע חסידישע ישיבות, אין מיינע ערשטע יארן אין ישיבה בין איך געווען א גוטער בחור, איך האב אלץ געוואלט זיין גוט און איך האב זיך טאקע געפירט וואויל און ערליך, אבער דער יצר הרע האט נישט מוותר געווען אויף מיר, און ליידער ווען איך בין אריין אין ישיבה גדולה בין איך איינמאל אריינגעגאנגען צו עפעס א געשעפט פון א חסידישן איד, ער האט אויסגעזען ווי אן ערליכער איד, און איך בין אריין דארט אין זיין אפיס, און דארט אויף זיין קאמפיוטער האב איך געזען נישט איידעלע בילדער, און דער יצר הרע האט זיך אנגעצינדען אין מיר און איך האב עס שוין נישט געקענט פארלעשן.


איך האב אנגעהויבן זיצן ביי אים אין אפיס פאר לאנגע שעות, פארברענט מיין נשמה איינמאל און נאכאמאל, און איך בין געזינקען טיפער און טיפער אין שאול תחתית. טיף אין הארץ האט מיר וויי געטון פארוואס איך טו דאס, איך האב אבער נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך אפצורייסן דערפון. גלייכצייטיג אין די זעלבע צייט האב איך ווייטער געלערנט אין ישיבה, און פון אינדרויסן האב איך אויסגעזען ווי א געהעריגער ישיבה בחור מיט אלע מפורשים, אריינגערעכנט אלע השגות אין חסידות.


אין בין אנגעקומען צו אזא שלעכטער מצב אז איך האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך, צוביסלעך איז מיין מח געווארן מער און מער פארשטאפט, איך האב שוין נישט געקענט לערנען, טראץ מיין גוט קעפל. דער יצר הרע האט אבער פארמאכט מיינע אויגן, און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו גיין זיך אויסרעדן צו איינעם דערוועגן, צו גיין בעטן הילף, אויסער דעם וואס איך האב זיך זייער געשעמט צו רעדן צו איינעם אין ישיבה איבער מיין מצב, און פארשטייט זיך אז אויב וואלט איינער פון די משגיחים אין ישיבה געוואויר געווארן וואס איך טו, וואלט איך געפלויגן פון דארט אין די זעלבע סעקונדע.


אין מיין גרויסער דמיון האב איך נאך געהאלטן אז איך בין א גוטער בחור אין ישיבה, באהאלטענערהייט האב איך זיך געקויפט א קליינעם סמארטפאון, און פון דעם האב איך זיך שוין בכלל נישט געקענט אפרייסן, איך בין געזעסן באהאלטענערהייט פאר פילע לאנגע שעות, און געקוקט די ערגסטע סארט זאכן וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך זיכער געמאכט אז מ'זאל מיר זען כסדר אין ישיבה, אז קיינער זאל מיר נישט חושד זיין מיט עפעס שלעכטס.


פאר א לאנגע צייט בין איך געווען אזוי שטארק פארזינקען אין די נארישקייטן און עבירות, אז פון יענע פאר יאר געדענק איך אפילו נישט וואס ס'איז געווען דעמאלט, מועדים וזמנים, פארשידענע געשעענישן, איך געדענק  גארנישט. איך בין אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט געדאווענט שחרית מנחה מעריב, איך האב נאר מקפיד געווען צו לייגן תפלין יעדן טאג און זאגן קריאת שמע, דאס איז מיר געליגן איינגעבאקן אין די בלוט פון מיין טאטע, אז עס איז נישטא אזא זאך ס'זאל אריבערגיין א טאג אן לייגן תפלין, נישט צו זיין א 'קרקפתא דלא מנח תפילין'.


איין טאג איז מיר אויסגעקומען צו הערן איבער'ן ראש ישיבה שליט"א, און כאטש וואס איך האב געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר, און איך האב באקומען א שעצונג אין הארץ פאר'ן ראש ישיבה, איך האב געהערט איבער די חיזוק יומי און די איבריגע פעולות, און איך האב דאס זייער געשעצט.


איך האב זיך אבער נאכנישט אויפגעוועקט דעמאלט פון מיין שלאף, איך בין ווייטער געליגן אין אלע ביטערע שלעכטע זאכן, כאטש וואס קיינער ארום מיר האט נישט חושד געווען אז עפעס גייט פאר מיט מיר, איך האב גוטע כשרונות ברוך ה', און איך האב גוט געוואוסט ווי אזוי ארומצודרייען מיט יעדן, איך האב א גוטן זכרון און איך האב געקענט אלע פארהערן און בחינות און אזוי ווייטער, כאטש וואס צוויי מינוט נאכדעם איז מיר אלעס ארויסגעפלויגן פון קאפ, איך האב אלעס פארגעסן.


איין נאכט, נאך אסאך שעות קוקן אלע סארט שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן, איז מיר פלוצלינג ארויפגעטאנצן א "חיזוק יומי" פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער קעפל האט זיך געליינט "נישטא קיין ברירה, מען מוז רעדן וועגן דעם", איך ווייס נישט וואס האט מיר דעמאלט באטראפן, אבער דער אייבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות האט מיר געגעבן א מתנת חנם אז איך האב געדרוקט אויף דעם, און דאן האט זיך געעפנט מיין טיר צום גן עדן! איך האב געהערט דעם חיזוק יומי, איך האב זייער הנאה געהאט, און איך האב אנגעהויבן זוכן נאך פון די סארט "חיזוק יומי", איך האב געהערט נאך און נאך פאר לאנגע שעות, דאס איז געווען ווי אן אטאם באמבע פאר מיין מח, און אזוי האב איך געהערט און געהערט ביז ווען די באטערי איז אויסגעלאפן, איך האב אפילו נישט געכאפט אז די באטערי ווערט שוואכער.


איך האב פארמאכט דעם טעלעפאן, און איך בין געגאנגען אין שול זוכן א מנין מעריב. די מח האט זיך מיר געדרייט און איך בין נישט געווען ביי זיך, איך האב אנגעהויבן דאווענען מערב ווארט ביי ווארט, נאך גאר א לאנגע צייט וואס איך האב בכלל נישט געדאווענט, ס'איז מיר נישט געווען גרינג, פשוט ווייל איך בין שוין לאנג געווען אפגעוואוינט פון זאגן די ווערטער, איך האב אריינגעקוקט אין סידור נישט צו ווערן צעמישט.


נאך מעריב האב איך ארויסגענומען די סים קארטל פונעם טעלעפאן און עס צעבראכן, און דאן האט זיך אנגעהויבן א לאנגע תקופה פון קויפן סים קארטלעך און עס צעברעכן. איך בין ווייטער דורכגעפאלן אין קוקן שלעכטע זאכן, און גלייך נאכדעם האב איך געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, ס'איז געווען ממש 'אור וחושך משתמשים בערבוביא', אויסגעמישט גוטס מיט שלעכטס אויף איינמאל.


צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן רעדן צו אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ארויסנעמען פון די טיפע בלאטע און טומאה אין וואס איך ליג, איך בין געגאנגען צו קברי צדיקים און אסאך געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיך שוין דערבארעמען אויף מיר.


איך קען שרייבן א גאנצער בוך פון אלעס וואס איז אויף מיר אריבערגעגאנגען, איך וויל אבער נישט מאריך זיין אזוי סאך. נאך א לאנגע תקופה האב איך צוריק אנגעהויבן דאווענען ווי א איד דריי מאל א טאג, איך האב אנגעהויבן צוריק לערנען תורה, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געעפנט קיין אידיש ספר, איך האב אנגעהויבן מיט משניות און געגאנגען ווייטער צו גמרא, מעביר סדרה זיין, נ"ך, זוהר, און נאך פילע שיעורים, צוביסלעך האב איך געשפירט ווי מיין מח הויבט זיך אן ערוועקן, איך קען שוין אנהויבן פארשטיין א דבר שבקדושה, איך האב אנגעהויבן גיין אויפ'ן וועג צו זיין אן ערליכער איד. קיינער האט נישט מיטגעהאלטן מיין שווערע און לאנגע רייזע, די שווערע בערג און טאלן אויף וואס אין האב געקלעטערט פאר אזוי לאנג, אבער דער אייבערשטער ווייסט יא און זעט אלעס, און ער האט זיכער אלעס מיטגעהאלטן.


מיינע הענט ציטערן ביים שרייבן דעם בריוו, מיינע אויגן גיסן יעצט טרערן, איך וויש זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, פשוט אז איך זאל קענען זען וואס איך שרייב. היינט קען איך דאנקען דעם אייבערשטן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, איך האב געענדיגט צום ערשטן מאל גאנץ ששה סדרי משנה, שוין א לאנגע צייט וואס איך ריר נישט אן קיין סמארטפאון און איך קוק נישט קיין מאוויס, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ליין די "עצתו אמונה" און איך בין זיך מחי' דערמיט.


איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל קענען ארויסקריכן פון די שווערע טומאה, מיין הארץ קלאפט יעצט אזוי ווי איך וואלט געלאפן עטליכע מייל, איך בין איבערגעפילט מיט רוישיגע געפילן, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך, איך וויל ארויסגיין שרייען אין די גאסן, "טייערע ברידער, ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מיר האבן א טאטע וואס האט אונז ליב! ס'איז קיינמאל צו שפעט! ס'איז קיינמאל עק וועלט! מ'קען אלץ תשובה טון!", איך קען ממש נישט אויפהערן וויינען פון התרגשות.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט מיר מיין גאנץ לעבן, און ספעציעל פאר די געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס ער האט מיר געשיקט אין פארעם פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך ווייס נישט ווי אזוי קען זיך גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע וואס איך האב באקומען פון אים.


איך האב זיך גענומען די מיה צו שרייבן דעם בריוו פאר פיר סיבות; צום ערשט פשוט צו זאגן "א גרויסן יישר כח", איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא די ווערטער צו קענען אויסדרוקן די דאנקבארקייט וואס מיין הארץ וויל ארויסשרייען, יישר כח יישר כח יישר כח און נאכאמאל יישר כח.


צווייטנס, וויל איך דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויסן ווי ווייט זיינע כוחות גייען, איך בין זיכער נישט דער ערשטער און אויך נישט דער לעצטער, אבער איך בין איין רינגעלע אין די לאנגע קייט פון אידישע קינדער וואס קומען צוריק צום אייבערשטן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.


דריטנס, ווי ווייט מען דארף אנווארענען בחורים זיך נישט צו לאזן אריינכאפן אין נעץ, זיי זאלן נישט כאפן קיין התפעלות פון קיינעם, אפילו אויב יענער זעט אויס ווי אן ערליכער איד, אויב קען יענעם נישט טאר מען גיין מיט אים און זיכער נישט אריינגיין אין זיין אפיס. ליידער האט זיך מיין נפילה אזוי אנגעהויבן, און דאס האט פארברענט אסאך יארן פון מיין לעבן, און איך פרוביר נאך מיט אסאך תפלות און טרערן צו פאררעכטן די שאדן וואס דאס האט געמאכט אויף מיין נשמה. איך האב טאקע נישט באקומען קיין חינוך אויף דעם, אפשר ווען איך וואלט מער געהערט ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון פרעמדע מענטשן, וואלט איך נישט געווארן אריינגעשלעפט, אדער וואלט איך כאטש געגאנגען צו איינעם זיך דורכרעדן און פרעגן וואס צו טון.


די פערטע סיבה פארוואס איך שרייב דאס איז צו פרעגן וואס איך קען טון ארויסצואווייזן מיין הכרת הטוב, כאטש איין פינטעלע, אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט מיר? און וואס קען איך טון זיך אנצוהאלטן שטארק אין דעם הייליגן פלאץ און קיינמאל זיך נישט אוועקרירן פון דא?


אגב וויל איך פרעגן איך פרעגן אן הלכה שאלה, אויב מ'מעג קוקן אויף א שוועגערין, איינער האט מיר פארדרייט דעם קאפ אז מ'מעג, ס'איז אזוי ווי ביי א מאמע אדער שוועסטער.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר מיין לעבן ברוחניות ובגשמיות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערשט יעצט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען דיין בריוו און דאס ליינען.


וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיר אזוי מחי' געווען; איי וועסטו פרעגן 'דער ראש ישיבה דארף חיזוק? דער ראש ישיבה איז דאך יעדן איינעם מחזק?!' אבער אסאך מאל בין איך אזוי מסופק אויב איך זאל ווייטער רעדן די דרשות אדער אפהערן רעדן, זאל איך ווייטער שרייבן בריוו אדער אפלאזן דאס שרייבן; יעצט ליין איך דיין בריוו בין איך זייער פרייליך אז דורך די שיעורים ביסטו ארויס פון שאול תחתית און געווארן אן ערליכער איד.


בנוגע קוקן אויף א שוועגערין וכו'; א שוועגערין איז נישט אזוי ווי א מאמע און א שוועסטער, מען דארף האבן שמירת עיניים ביי א שוועגערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - זאל איך אויסהערן א שידוך וואס די מיידל האט אפשר א סמארטפאון?
שידוכים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, מ'האט מיר אנגעטראגן א שידוך וואס איך ווייס נישט צי די מיידל האט א סמארטפאון אדער נישט, אבער ס'איז דא א חשש אז יא, מ'מעג אויסהערן אזא שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיינע עלטערן זאלן זיך נאכפרעגן אויף איר אויב זי איז א בעלת מידות טובות, צי זי איז א יראת שמים און צי זי איז א געזונטע; די דריי זאכן זאל דיר אינטערעסירן, גוטע מידות, יראת שמים און א געזונטע; מער פון דעם זאל דיר נישט אנגיין.


אז דיינע עלטערן זאגן דיר 'דאס איז א גוטע שידוך', - זאלסטו זיך גיין טרעפן און זען אויב איז דא חן צווישן אייך.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן דיין זיווג. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - איז נאך דא פאר מיר א וועג ארויסצוקריכן פון שמוץ?
התחזקות, תהלים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.


דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.


דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.


אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.


אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.


ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?


איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.


זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".


טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".


אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.


דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין ווייב זאל אויפגעבן איר טריפה'נע טעלעפאן?
שלום בית, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר בערך א יאר און א האלב יאר צוריק האב איך זיך אנגעטראפן מיט די נומער פון "קול ברסלב", און פון דעמאלט בין איך שולדיג א גרויסע הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אזויפיל זאכן וואס האט זיך מיר געטוישט צום גוטן אין לעבן. למשל האב איך דאס יאר צום ערשטן מאל מעביר סדרה געווען יעדע וואך, איך לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אינדערפרי אויפ'ן וועג צום ארבעט הער איך אויס די גמרא שיעור, און אויפ'ן וועג אהיים ביינאכט הער איך אויס די חיזוק שיעור, און דאס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, ברוחניות ובגשמיות.


דער ראש ישיבה רעדט אסאך קעגן קוקן מאוויס, ברוך ה' אז איך קוק שוין נישט קיין מאוויס, אבער קליינע קליפס וואס מ'שיקט מיר אויף וואטסעפפ קוק איך נאך יא ליידער, איך האף אז איך וועל זיך אפגעוואוינען אויך פון דעם.


איך מיט מיין ווייב האבן ביידע סמארטפאונס, מיינס איז אבער אפן נאר וואטסעפפ און איין פלאץ פון נייעס, אבער ביי מיין ווייב'ס איז אלעס אפן. איך האב איך געקויפט א נייעם טעלעפאן וואס האט נאר וואטסעפפ אז זי זאל זיך קענען שרייבן מיט משפחה, און מיר זאלן נישט האבן א טריפה'נעם טעלעפאן אין שטוב, ווען איך האב אבער געוואלט אוועקנעמען די טריפה'נע טעלעפאן האט זי נישט מסכים געווען, זי זאגט זי דארף עס האבן, זי האט דארט רעצעפטן צו קאכן און באקן, און זאכן פאר איבונגען וכדומה.


איך האב נישט געוואלט גיין מיט כח קעגן איר, אבער איך וויל וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, ווי אזוי זע איך ארויס דעם טריפה'נעם טעלעפאן פון מיין הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי ווי דו אליינס האסט אפגעלאזט די שלעכטע זאכן; דו שרייבסט אז זייט דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן, דו הערסט די חיזוק פון רבי'ן - האסטו אנגעהויבן לערנען און דו קוקסט מער נישט קיין מאוויס, אזוי וועט זיך צוביסלעך טוישן ביי דיין ווייב; זי וועט אויך אפלאזן די זאכן, זי וועט אוועקלייגן די טעלעפאן.


גיי נישט בכח, רעד נישט פון דעם; ארבעט פון די אנדערע זייט, דו ברענג אריין דעם רבי'ן אין דיין שטוב. דער רבי וועט שוין מאכן די ארבעט, דער רבי וועט ארויסנעמען אלע שלעכטס פון דיר און פון דיין ווייב. דער רבי רייניגט פון אלע פלעקן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


זע איין זאך, ברענג אריין דעם רבי'ן אין שטוב; רעד פון רבי'ן, דערצייל מעשיות פון רבי'ן, דער רבי זאל ווערן א חלק פון ענקער לעבן; וועסטו זען וואס וועט פאסירן, מען וועט נישט דערקענען נישט דיר און נישט דיין ווייב, עס וועט ווערן נייע מענטשן. א נייע שטוב; א שטוב פון יראת שמים, א שטוב פון שמחה, א לעבעדיגע שטוב, א ליכטיגע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מיין ווייב טאר נישט האבן סמארטפאון, ווען אירע שוועסטערס האבן יא?
שלום בית, קדושה, קאמפיוטער, מאוויס, אידישע שטוב, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן די שאלה, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי אזוי צו עס ריכטיג ארויסברענגען, יעצט זע איך אז דער ראש ישיבה האט לעצטע וואך געשריבן וויאזוי צו רעדן צו קינדער וועגן די ארומיגע משפחה וואס האבן סמארטפאונס.


קודם וויל איך זיך באדאנקען אויף די ענטפער, אבער ביי מיר איז עס נאך מער ווייל דער וואס פרעגט עס איז נישט מיינע קינדער, נאר מיין ווייב; און די משפחה זענען נישט קאזינס, נאר איר מאמע וואס האט א סמארטפאון און א קאמפיוטער אין שטוב, און אירע שוועסטערס האבן סמארטפאונס און זיי קוקן מאוויס.


מיין ווייב פילט זיך זייער ארויס פון די משפחה אז זי איז קען נישט מיטהאלטן מיט אלע זייערע זאכן, און מיט אלע שמועסן וועגן א נייע עפיזאד וואס איז יעצט ארויס אין די סעריע פון ..., און אזוי ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות אז איר גייט מיט אייער מאן; איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין טעלעפאן, איר קוקט נישט קיין מאוויס - אפילו עס איז אייך שווער. אייער מאן האט מיר געשריבן אז עס איז אייך זייער שווער ווען די גאנצע משפחה האט גרויסע שיינע בליטשקעדיגע טעלעפאונס, אלע קוקן מאוויס, אלע האלטן מיט די סעריע פון ...; ווען מען קומט זיך צאם אינאיינעם רעדט מען פונעם נייעם קאפיטל און נאר איר זענט אן קיין טעלעפאן, אן קיין מאוויס; איר שפירט זיך ארויס פון די משפחה, איר זענט נישט אפדעיטעד מיט אלע זאכן, איר ווילט אויך האבן א מאשין אויף וואס מען קען קוקן וכו'.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', יעצט קען זיין איז אביסל שווער אבער עס וועט אריבערגיין אביסל צייט וועט איר זען וואס וועט פאסירן; איר וועט אויפשטעלן א שיינע דור ערליכע אידן, אייערע קינדער וועלן האבן א געפיל אין תורה און מצוות, זיי וועלן זיין ריין און לויטער; אנדערש וועט זיין ביי די עלטערן וואס זיי זענען נישט אפגעהיטן, זיי האבן טעלעפאונס און קוקן מאוויס, ביי זיי וועט נישט זיין אזוי ווי ביי די קינדער וואס זייערע עלטערן זענען ערליך.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער מאן איז אפגעהיטן, ער איז א ריינער אינגערמאן; אויב וועט איר צעברעכן דעם גדר, איר וועט מקיל זיין, מען וועט אנהייבן קוקן נאר דאס און נאר יענץ - וועט ער מער נישט אהיים קומען, איר וועט בלייבן עלנד אזוי ווי צענדליגער פרויען וואס זייערע מענער קומען נישט אהיים, עס אינטערעסירט זיי מער נישט אהיים צו קומען צו די ווייב.


איך האף אז איר וועט זיך מחזק זיין מיט די פאר ווערטער; איר וועט זיין פעלזן פעסט קעגן די נסיונות, איר וועט זיין שטערקער פון אייער מאן, איר וועט זיין דער וואס זאגט: "אין אונזער שטוב קומט נישט אריין קיין טעלעפאן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש פון די קרובים?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, מורה דרך, משפחה, סמארטפאון, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען זיך זייער מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה", א גרויסן יישר כח.


מיר האבן געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט אונז זייער שטארק. אין אונזער משפחה איז דא פילע פעטערס און קאזינס ארום און ארום וואס זיי אלע דרייען זיך מיט סמארטפאונס, האבן קאמפיוטערס אין שטוב, און אזוי ווייטער. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זאגן אז די ערוואקסענע דארפן זיך אביסל אויסלופטערן, און די קינדער טאר מען נישט האלטן אזוי פארמאכט.


מיר זענען זייער קעגן דעם, מיר האבן נישט די אלע זאכן, מיר ווילן נישט ווייזן קיין ווידיאס פאר די קינדער. אבער די קינדער טרעפן זיך אסאך מיט די קרובים, און זיי ווילן אויך זען וואס די אנדערע זעען.


ווי אזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר די קינדער אז מיר זענען אנדערש פון זיי? זיי גייען דאך אנגעטון פונקט ווי אונז, און ווי אזוי קענען די קינדער פארשטיין אז מיר גייען אויף אן אנדערן וועג?


פארשטייט זיך אז מיר זענען אסאך מתפלל פאר די הצלחה פון די קינדער ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז אלעס פועל'ט מען נאר מיט תפלה, אבער מיר דארפן אויך אן עצה אויף למעשה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, און ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייער שטוב, אויף זייערע קינדער; זיי זאלן אויפוואקסן אפגעהיטן און ריין.


זייער גוט טוט איר אז איר שטייט ווייט פון טעלעפאון און קאמפיוטער אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און ריין; איר וועט האבן נחת און שניידן שיינע פירות.


בנוגע וואס צו זאגן פאר די קינדער ווען זיי זעען ביי משפחה אז זיי האבן טעלעפאונס, קאמפיוטערס וכו' וכו'; וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען? די שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה, עס איז נישט נאר ביי טעלעפאונס, עס איז ביי אלעס, ביי זייער אסאך משפחות צעטיילט זיך די משפחה, א טייל זענען זייער איידל און אפגעהיטן און א טייל זענען מער צעפלויגן און פראסט וכו'; שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט גיין אנגעטון נאר אזוי און אזוי, און די אנדערע טייל פון די משפחה גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן?' אדער קען מען הערן קינדער פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט עסן ביי די פלאץ, בשעת אונזערע פעטערס און מומעס מיט זייערע משפחות עסן יא דארט?' זייער אסאך מאל איז עס גאר נאנטע משפחה און עס איז אזעלכע זאכן וואס מען קען נישט ווייזן קלאר פאר די קינדער אז די אנדערע טוען קעגן די תורה, שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען?


דאס בעסטע איז אז מען רעדט צו די קינדער שטענדיג פון האבן א מורה דרך אין לעבן; פון האבן א רב, אן ערליכער איד, וואס ער לערנט אונז ווי אזוי מען זאל זיך פירן - אזוי פירן מיר זיך און היות אונזער רב זאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאון און קאמפיוטער אין שטוב - פאלגן מיר וואס אונזער רב זאגט, קען זיין אז די איבריגע משפחה האבן אנדערע שיטות, אנדערע וועגן וכו'. אונזער רב זאגט מיר זאלן גיין אנגעטון אזוי און אזוי, אונזער מורה דרך לערנט אונז מיר זאלן עסן נאר די הכשר וכו', וכו'.


לייגט אריין אין די קינדער זיי זאלן ליב האבן ערליכע אידן, ארויפקוקן ערליכע אידן; זיי זאלן וויסן אז מען דארף האבן אן ערליכער איד וואס פירט דער לעבן. חזר'ט מיט זיי אז א איד קען נישט טון וואס מען וויל, א איד האט די תורה, מען דארף גיין אין די וועג פון די תורה און אין יעדן דור מאכן זיך נייע שאלות און נייע ספיקות, דארף מען האבן ערליכע אידן תלמידי חכמים יראי השם וואס זיי ווייזן אונז וואס דער וועג פון תורה איז.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו תלמידי חכמים יראי השם, וועלן זיי וואקסן ערליכע אידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און ווער עס האט מורא פון תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן אן ערליכער איד; חס וחלילה אוועק מאכן ערליכע אידן, חס וחלילה שפעטן פון תלמידי חכמים, די אלע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, שפעטן פון ערליכע אידן - וועלן זייערע קינדער אוועקגיין פון אידישקייט.


ווען מען פארענטפערט אזעלכע פראגעס דארף מען בעיקר רעדן פון זיך, נישט אוועק מאכן אנדערע; דאס הייסט, דער עיקר זאל מען רעדן פון האבן א רב, א מורה דרך וואס ער ווייזט אונז ווי אזוי מיר זאלן לעבן. וואס ווייניגער רעדן קעגן די איבריגע משפחה, מען קען רעדן קעגן דעם פראבלעם, דאס שעדליכקייט פונעם פראבלעם, אבער נישט אוועק מאכן די משפחה.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יוגנט אז 'מיר האבן א וועג ווייזער' - ווערן זיי קלאר, זיי ווערן נישט צומישט ווען זיי זעען אנדערע גייען אין אנדערע וועגן. דאס האט דער הייליגער תנא רבי אליעזר געזאגט פאר זיינע תלמידים איידער ער איז נסתלק געווארן (ברכות כח:), ווען זיי האבן אים געבעטן: "רֶבִּי, לַמְּדֵנוּ אָרְחוֹת חַיִּים", רבי, איידער דער רבי גייט אוועק פון אונז זאל אונז דער רבי זאגן ווי אזוי זאלן מיר זיך פירן, האט ער זיי געזאגט אפאר וויכטיגע זאכן, איינע פון די זאכן האט ער זיי געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", איר זאלט נעמען אייערע קינדער זיי זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, לערנען די וועג פון די תורה, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי קענען מיר אוועקשלעפן אונזער בחור פונעם סמארטפאון?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א בחור וואס פאלט ליידער, ער האט זיך געשאפט א סמארטפאון צו קוקן שלעכטע זאכן, און בכלל איז זיין התנהגות זייער שוואך. א בעל מחנך האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל פארן מיט אים אויף ווייטע אינטערעסאנטע פלעצער און אזוי אים מקרב זיין, ער זאל שפירן אז מיר ווילן פארברענגען מיט אים. מיר האבן טאקע אזוי געטון, מיר זענען געפארן מיט אים, און קודם האט אונז זייער געשטערט אז מיר פארן דאך ווייל מיר ווילן אים מקרב זיין און מיר האפן אז אזוי וועט ער האבן מער שמירת עינים, און דערווייל דארף מען זיך דרייען אין לופטפעלד און גוי'אישע האטעלן און אין נאך אזעלכע פלעצער וואס איז בכלל נישט געאייגנט פאר שמירת עינים. אבער נאך פיל מער האט אונז געשטערט אז זייענדיג שוין דארט, איז ער ווייטער אלעמאל געווען פארנומען צו קוקן אין זיין טעלעפאן, ס'האט אים בכלל נישט אינטערעסירט די אלע אינטערעסאנטע זאכן.


וואס איז די עצה, ווי אזוי קענען מיר מקרב זיין אונזער בחור? ווי אזוי קענען מיר אים צוריק ברענגען אויפ'ן גלייכן וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז ראטעווען פון דעם חושך כפול ומכופל - די שרעקליכע צרה פון אינטערנעט. וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דאס שעדליכקייט פון האבן אן אפענעם קאמפיוטער, סמארטפאון, אייפאד וכו' - איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור; ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, טעבלעט, סמארטפאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, סמארטפאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן.


יעצט ווען אייער זון איז צוגעקלעבט צום טעלעפאון, עס אינטערעסירט אים שוין נישט קיין שום זאך השם ישמרינו, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן טאג איין טאג אויס ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין זיי א ריינקייט זיי זאלן זוכה זיין תשובה צו טון.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תפילה איז; דער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר'ן תיקון הכללי, וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון געבן א פרוטה לצדקה לזכותי און זאגן דעם תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער רבי נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, תפילה האט דאך א גרויסן כח און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


זאלסט יעדן טאג נאס מאכן דעם ספר תהילים מיט טרערן, וויינען צום אייבערשטן ער זאל צוריק קומען; דאס זאלסטו טון ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בפניו פאר אים זאלסטו זיין פרייליך; זאלסט אים מקרב זיין און רעדן שיין צו אים, עס פעלט נישט אויס צו פארן אויף פלעצער וכו'. אין די צייט ווען אלע קינדער שלאפן אדער אינמיטן טאג וכדומה, דעמאלט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע שינוים לטובה ביי אים, ביז ער וועט אינגאנצן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - וואס טו איך וועגן מיין שוועסטער וואס גליטשט ליידער אוועק?
חיזוק פאר מיידלעך, סמארטפאון, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך שטארק זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס איך הער ביי די געוואלדיגע שיעורים.


איך האב א שוועסטער וואס האט ליידער אנגעהויבן גליטשן פון אידישקייט, זי חבר'ט זיך מיט שלעכטע חברים, זי האט זיך געשאפט א סמארטפאון און איז פארנומען מיט דעם א גאנצן טאג, און ליידער אויך אום שבת קודש.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען אז מיין שוועסטער איז מחלל שבת רחמנא ליצלן, מיינע עלטערן ווייסן נישט דערפון, און איך ווייס נישט אויב איך זאל זיי דערציילן איבערדעם אדער נישט.


איך אליין וויל נישט ווערן אפגעקילט דורך איר, איך וויל זיך שטארקן צו זיין נאר וואויל און ערליך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער בריוו האט מיר זייער בארירט; די צער פון וואס איר דערציילט אינעם בריוו פון אייער שוועסטער וכו' השם ירחם האט מיר געשטאכן ביז מיין הארץ.


הדבר הראשון זאלט איר זיך זייער שטארקן זיך ווייטער צו פירן בדרך התורה, ווייל נאר מיט די תורה האט מען א לעבן; עס איז א רחמנות אויף די וואס לאזן אפ די וועג פון די תורה ווייל אויב מען לאזט אפ די תורה איז זייער ביטער, אבער אז מען היט די תורה, בפרט אז מען היט שבת קודש און מען איז זיך מענג מיט'ן שבת, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און געבט דעם מענטש גוטס אן קיין ענדע, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", און (שבת קיח.): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים".


צווייטנס בעט איך אייך איר זאלט ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן; איר זאלט זיך ווייטער פירן איידל און גיין אנגעטון איידל וועט איר געזונט מאכן אייערע עלטערן און זיי צוגעבן יארן צום לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער היילן אויס די עלטערן; זאגט גארנישט פאר אייערע עלטערן בנוגע אייער שוועסטער, עס וועט גארנישט בעסער מאכן עס וועט זיי נאר מאכן שברון לב. זיי וועלן דאס נישט קענען אריבער טראגן, ווייל די גרעסטע צער פאר עלטערן איז צו זען ווי א קינד גייט אוועק פון אידישקייט השם ירחם.


אז איר ווילט העלפן אייער שוועסטער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר איר אז ער זאל אריין לייגן אין איר א רוח טהרה, א ריינקייט, אז זי זאל אפלאזן די שלעכטע חבר'טעס, זי זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. זאגט איר גארנישט קיין מוסר; אייער אויפפירונג און אייערע מעשים וועט איר צוריק שלעפן, ווען זי וועט זען ווי שיין איר רעדט, אייער שטענדיגע שמייכל און אייער אמונה ובטחון וועט דאס ברענגען אז זי זאל צוריק קומען. שמועסט מיט איר דערציילט איר מעשיות פון תפילה וואס איר האט געבעטן און דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן.


מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער; ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אפ היינט... עס פאלן נעבעך אוועק בחורים און מיידלעך פון די שענסטע שטובער, בפרט דורך די צרה וואס מיר האבן אין אונזער דור - די אינטערנעט, וואס איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז זייער שווער צוריק צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אייער שוועסטער זאל תשובה טון בקרוב.

#6 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#5 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - קען מען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן אין לעבן?
חסידות ברסלב, סמארטפאון, בחור, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך לערן ב"ה יעדן טאג נאר א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון נאר א דאנק א באטע וואס איך בין געווען איינמאל ביים ראש ישיבה פרייטאג צו נאכטס, און איך האב געזען אז מ'קען זיין ערליך און חסידיש, און נאכאלץ הנאה האבן פונעם לעבן. איך האב אלץ געמיינט אז א חסידישע לעבן איז נאר אנגעצויגן און נערוועז און ס'לאזט נישט הנאה האבן אין לעבן.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מצליח זיין. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארטפאון.


דער אייבערשטער זאגט אונז (שיר השירים רבה ה, ג): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּפִתְחוֹ שֶׁל מַחַט", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי גרויס ווי די לאך פון א נאדל, ווייז מיר אז דו ווילסט זיין גוט, "וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", וועל איך דיר עפענען א גרויסע טיר, איך וועל דיר העלפן זיין גוט; מיט דעם וואס דו האסט אוועקגעווארפן דיין סמראטפאון האסטו געוויזן פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, דו ווילסט זיך אפהיטן פון עבירות, וועט דיר דער אייבערשטער באגליקן מיט אלעס גוטס.


וויסן זאלסטו אז נאר דער וואס גייט אויפן וועג פון די תורה האט א גוט לעבן, אן די תורה האט מען נישט קיין לעבן, מען האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט; עס איז א טעות וואס א סאך בני הנעורים מאכן, זיי מיינען אז אן די תורה האט מען די וועלט און דער ערליכע איד האט נאר יענע וועלט; עס איז נישט אזוי, נאר דער וואס גייט נישט מיט די תורה האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט און מיט די תורה, מיט א צדיק, האט מען ביידע וועלטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז א חסיד'יש לעבן האט מיט נערוועזיקייט און אנגעצויגנקייט, כאילו ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן?! א מענטש וואס זינדיגט אין עבירות אין פגם הברית דער איז נערוועז און אנגעצויגן, ביי אים איז אלעס אויסגעלאשן און טונקל. קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן דער ווערט א נערוועזער מענטש און יעדער ליידט פון אים, ווייל די עבירה ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע מרירות און מען ווערט זייער דערביטערט רחמנא לצלן.


ביים רבי'ן איז אמאל געווען א מעשה, א איד האט זיך באקלאגט פארן רבי'ן אז זיין בעל הבית שלאגט אים, ער האט געבעטן אויב דער רבי קען רעדן צו אים; ווען יענער איז געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געפרעגט: "איך האב א קשיא, אפשר קענט איר מיר דאס פארענטפערן; עס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פארוואס שטייט "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? איך וועל דיר ענטפערן - האט דער רבי געזאגט - ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע', - א שלעכטער מענטש; אלע נערוון קומען פון עבירות, עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזקייט.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף. דערפאר זאלסטו וויסן אז נערוועזקייט און כעס האט גארנישט צו טון מיט ערליכע אידן; פארקערט, דאס איז דער סימן ווער עס איז אן ערליכער איד, דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן, ער קוקט אלע עקעלדיגע שמוציגע אויסגעלאסענע מאוויס דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטש.


זאלסט זיך ווייטער דרייען ביי ערליכע אידן 'תלמידי היכל הקודש' ברסלב'ער חסידים וואס פאלגן דעם רבי'ן; זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי זענען שטענדיג פרייליך און אויפגעלייגט און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, דאס וועט משפיע זיין אויף דיר אז דו וועסט אויך אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן, און זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - ווי אזוי קען איך אוועקווארפן מיינע שלעכטע געוואוינהייטן?
שמחה, תשובה, סמארטפאון, בחור, ישיבה, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 15 יעריגע בחור, איך האב געהאט זייער א שווערע עבר, מ'האט מיר אסאך פארשעמט און געשלאגן, און דאס האט מיר געמאכט פיינט האבן צו זיין א איד, איך האב נאר געטראכט אז איך וויל ווערן א גוי, איך האב זיך געקויפט א סמארטפאן און צאמגעקוקט דאס ערגסטע, און איך האב געטון עבירות ממש להכעיס צו ווייזן אז כ'בין נישט קיין איד.


דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן זען אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, יעצט וויל איך שוין זיין א פשוטער ערליכער איד, אבער די אלע עבירות אין וואס איך בין שוין געווארן צוגעבינדען, מאכן מיר זייער שווער אנצוגיין, איך קען זיך ממש נישט שלאגן מיט מיין יצר הרע, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין איך זאל קענען זיין א פשוטער ערליכער איד?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה.


וואויל איז דיר אז דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", אויף יעדע מכה איז דא א רפואה און אין יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, תְּשׁוּבָה", וואס איז דא רפואה פאר די יצר הרע? תשובה; ווען א מענטש האט געטון עבירות רחמנא לצלן איז זיין רפואה ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס. ווייל אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט. ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארט-פאון, ווייל דאס איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן דעם מענטש'ס מוח, עס ציט און ציט ביז מען ווערט ממש צוגעקלעבט צו דעם, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "איך דארף דאס מער נישט"; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה?" עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


פאלג מיר, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, זיי א העלד! אפילו קיינער ווייסט נישט אז דו האסט דאס, דו שפילסט אויס דיינע עלטערן און דיינע מגידי שיעורים וכו', ווייז אבער פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט; דער אייבערשטער בעט (שיר השירים רבה ה, ב): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּחֻדָּהּ שֶׁל מַחַט, וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי ווי די שפיץ פון א נאדל און איך וועל דיר נאכדעם העלפן; אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין פאון, דו וועסט אויפהערן קוקן די עקעלדיגע מאוויס, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק דיר און זיי פרייליך, דורכדעם וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך דער איז מצליח; זאלסט זען ארום צו גיין מיט א שמייכל א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - איך האב געענדיגט מסכת קידושין, א גרויסן דאנק!
לימוד התורה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

אל כבוד הראש ישיבה שליט"א,


היום עשיתי בס"ד סיום מסכת קידושין בזכות הרב שאמר לומר את המילים, ואתה יודע כשאומרים מתעכבים כבר פה ושם בהבנה.


למדתי כך 3 דפים ביום, והיום עשיתי סיום בתופים ובמחולות.


אשריכם שאתם מפרסמים את תורת רבי נחמן האמיתי, יצאתי ידי חובת קביעת עיתים לתורה הרווחתי מסכת והרווחתי שמחה בלב והרווחתי שאני מרגיש יותר קרוב לשי"ת.


בלי השיטה הזאת של רבי נחמן מברסלב זצ"ל לא הייתי מתחיל ללמוד את המסכת, ורק בזכות ההקלה שמרגישים בדרך הזאת קופצים לתוך הלימוד ונהיה קבוע, וכמובן שאגדתא זה בוודאי מתעכבים להבין שזה מעניין יותר. שיטה נפלאה ואמיתית בפרט בדורנו החלש בכל המובנים.


יישר כח גדול מאד.


השיטה שלך של מוהרא"ש שמקבלים אותי איך שאני ואני שווה בשווה עם ההוא שהולך עם 16 שמונה בגדים ומזיע עד כדי חלשות ועושה רושם של מקדש השם.....


זה דבר אדיר ונורא שמחזיק את היידישקייט היום, בקיצור חזק ואמץ וזה חשוב מאד שאתה לא מדבר נגד הסמרטפונים באופן ישיר לדאוג על הצדקות של אחרים אלא דרך השכל מה שבאמת כדאי כדי לחיות טוב ושמח ורגוע.....


שוב יישר כח גדול מאד חילכם לאורייתא


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערענט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיין ארבעט, און ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצע טאג, און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה; דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט, איינע פון די ערשטע שאלות וואס מען פרעגט דעם מענטש איז: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט קובע געווען א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג, מיט אלע שוועריקייטן מיט אלע איבערגייעכטס, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; איז פשט, אז מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט פאר תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, ווען ער האט א פאר איבעריגע מינוט כאפט ער אריין נאך א פרק משניות, נאך א דף גמרא; וואו ער גייט און וואו ער שטייט נעמט ער מיט זיך א זעקל ספרים, א משניות'ל, א תהילימ'ל, א חומש'ל, און ווען ער האט א פאר מינוט כאפט ער אריין נאך אביסל און נאך אביסל, דאס איז די ריכטיגע וועג פון זיך קובע זיין א צייט צו לערנען, ווייל דאס קען מען אייביג טון - צי מען האט פרנסה צי נישט, צי מען האט שלום בית צי נישט וכו' וכו'; דאס איז דער ריכטיגער קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה.


ווען א מענטש לערנט נאר ווען ער איז אויסגערוהט, נאר ווען אלעס קלאפט - וועט ער אייביג האבן תירוצים; היינט קלאפט נישט דאס, מארגן קלאפט נישט יענץ, אבער ווען מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) מען קוקט נישט צי מען פארשטייט גלייך יעדעס ווארט צי מען פארשטייט נישט גלייך יעדע זאך, דעמאלט איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל האבן צייט און נישט זיין פארנומען, דעמאלט וועל איך לערנען', ווייל עס קען זיין אז דו וועסט נישט האבן קיין צייט, און עס קען זיין אז יעדעס מאל וועסטו האבן אנדערע תירוצים, נאר יעצט כאפ אריין אביסל תורה.


בנוגע סמארט-פאון וכו'; איך זאג נאר וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, ווי ער האט געוויינט און גערעדט אזוי סאך צו זיינע אינגעלייט אז זיי זאלן נישט חרוב מאכן זייערע שטובער, זיי זאלן נישט אריין ברענגען אין שטוב קיין קאמפיוטער וכו'; ביזנעס איז ביזנעס, אבער אין שטוב איז נישט גוט צו האבן נישט קיין קאמפיוטער וכו'. וויפיל פרויען און אינגע ווייבלעך שרייבן מיר און וויינען צו מיר אז איך זאל זיי מדריך זיין, איך זאל זיי זאגן צי זיי זענען מחויב צו לעבן מיט א מאן וואס איז צוגעקלעבט צו זיין סמארט-פאון וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - דער סמארט פאון וועט דיר הרג'ענען דיין לעבן
שלום בית, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

דער בריוו איז מעורר א אינגערמאן אז ער זאל זיך אפלאזן פון זיינע שלעכטע חברים און נישט האבן קיין סמארט פאון, ווייל דאס וועט אים נאר הרג'ענען זיין שלום בית און זיין גאנצער לעבן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב איז צוגעקומען צו מיר אינמיטן גאס, און זי הייבט אן רעדן צו מיר; זי פלאצט אויס אין א געוויין, און זי הייבט אן שרייען: "ראש ישיבה, ראטעווע מיר, עפעס האט פאסירט מיט מיין מאן; ער האט שלעכטע חברים, ער האט זיך געקויפט א סמארט פאון", און זי וויינט און וויינט... איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, ווייל פון איין זייט ווערט גע'פסק'נט (רמב"ם פרק ה' מהלכות דעות, הלכה ז): "וְלֹא יְסַפֵּר עִם אִשָׁה בַּשׁוּק, וַאֲפִלּוּ הִיא אִשְׁתּוֹ, אוֹ אֲחוֹתוֹ, אוֹ בִּתּוֹ", א תלמיד חכם טאר נישט רעדן מיט פרויען אויפן גאס, אפילו מיט די אייגענע ווייב אדער שוועסטער, ווייל נישט אלע ווייסן אז דאס איז זיין ווייב, וועט מען אים חושד זיין וכו'; איך האב געוואלט ווייטער גיין, ווייל אויפ'ן גאס איז נישט קיין פלאץ וואו מען הערט אויס וכו', אבער פון די אנדערע זייט האב איך פשוט רחמנות געהאט ווען איך האב געהערט איר געוויין, האב איך איר אויסגעהערט, און איר בארואיגט, אז איך וועל פרובירן צו רעדן צו דיר.


טייערער ..., מיין הארץ וויינט, מיינע אויגן טרערן; וויפיל האב איך אוועק געגעבן פון מיין לעבן פאר מיינע תלמידים, וויפיל שעות, טעג, וואכן, שבתים און ימים טובים האב איך אוועק געגעבן פאר מיינע תלמידים, אלעס נאר אז איר זאלט אויסוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט חתונה האבן און האבן שלום בית; מיט דיר פערזענליך האב איך זייער אסאך געארבעט, איך האב אסאך געדארפט שלינגען און שווייגן, און איך האב זייער אסאך געטון פאר דיר; איך בין געווען דיין שדכן, און איך האב דיר באגלייט טריט אויף שריט - פאר דיין חתונה און נאך דיין חתונה; בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד, פאלג וואס ערליכע אידן זאגן, נעם נישט קיין סמארט פאון, נעם נישט קיין טעלעפאן וואס אלע ערליכע אידן וויינען אויף דעם אז דאס נעמט ארויס יעדע פינטל יראת שמים.


דיין ווייב האט מיר געזאגט וויינעדיג: "ראש ישיבה, איך האב געהאט אזא שווער לעבן אלץ מיידל, איך האב אלע מיינע יארן ארויס געקוקט חתונה צו האבן, און האבן א מאן וואס וועט מיר ליב האבן און געבן ליבשאפט; ראש ישיבה, איך האב עס פארלוירן", זי האט זייער געוויינט און זיך געשטיקט מיט אירע טרערן; זי וויל זיין מיט דיר, זי שפירט אבער אז דו ביסט נישט דער אלטער ..., זי זאגט מיר אז דו האסט נישט גוטע חברים; וואס זאל איך דיר זאגן, א פרוי איז גאר א גוטער מבין אויף איר מאן. די וועלט זאגט: "דער איינציגסטער וואס קען גוט דעם מענטש, איז זיין ווייב".


דערפאר טייערער ..., איך האב געוואלט צוגיין צו דיר שוין אפאר מאל, אבער איך האב געטראכט איך וועל דיר ענדערש שרייבן אפאר ווערטער, וועט עס דיר זיין גרינגער וכו'; הער מיך אויס, הער אויס א ראש ישיבה וואס האט זיך אפגעגעבן מיט דיר בחנם - שלא על מנת לקבל פרס, אלא על מנת שמעפרים אתכם באפר, ומסקלין אתכם באבנים, ומקללין וכו', לאז אפ שלעכטע חברים; דו האסט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דיין ווייב, זי וויל דיין טובה, זי וויל אויפשטעלן א ווארימע שטוב מיט דיר, זי וויל אז דו זאלסט מצליח זיין; ... בְּנִי, אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם, מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם, נעם ערליכע חברים וואס וועלן דיר מחזק זיין צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן.


מענטשן פרעגן מיר פארוואס איך האב אזוי געשריגן פאריגע וואך מוצאי שבת פרשת ראה ביי די דרשה פון מלוה מלכה וועגן סמארט פאונס; וואס קען איך זיי ענטפערן? איין זאך קען איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט זען וויפיל טרערן עס גיסט זיך פון ערליכע אידישע פרויען וואס וויינען צום אייבערשטן, זיי וויינען ווייל זיי ווילן האבן א ערליכע מאן, א ערליכע שטוב, א שטוב מיט ווארימקייט, א שטוב מיט קדושה, וואלט מען מיר געפרעגט פארוואס איך האב אזוי ווייניג געשריגן, פארוואס שרייט נישט דער ראש ישיבה מער וועגן דעם...


דערפאר הער אויס וואס איך זאג דיר טייערער ... נרו יאיר, האב שכל און פאלג וואס ערליכע אידן זאגן, האלט דיך נישט קלוגער פון יעדן איינעם, איך בין גרייט צו רעדן מיט דיר, אדרבה איך וויל דיר מחזק זיין, איך וויל אז דו זאלסט האבן יראת שמים.


איך ווארט אז דו זאלסט מיר ענטפערן וואס דו פלאנסט צו טון; דו קענסט מיר שרייבן א בריוו, אדער קומען רעדן צו מיר פנים אל פנים.


א כתיבה וחתימה טובה.