שאלה אין קורצן ענין
#6 - וואס מיינט די ווערטער, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן"?
פירושים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן דורכברעכן דאס חתונה מאכן פאר ביליג, און מאכן אזא הערליכע חתונה פאר אזוי ביליג. הלואי זאלן מיר זיך אויך אפלערנען און חתונה מאכן אזוי.


איך האב נאר געוואלט וויסן וואס איז דער פשט פון די ווערטער וואס זענען אויפגעשריבן אויף די חופה, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן", וואס דארף דאס צו מיינען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


"איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן" איז א ווארט פון הייליגן רבי'ן.


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט דעם דיבור און דעם סיפור ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן: 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויספירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערטס וואס רבי נתן פרעגט?' – און רופט זיך אן - 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'".


מען זעט טאקע ממש בחוש ווי דער רבי פירט אויס; צוביסלעך גייען אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; מען רעדט שוין היינט איבעראל פון התבודדות און עס הייבט שוין צוביסלעך אויך אן אריין צו גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין ביי אלע מקומות און ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


נאך אביסל וועט אויך אנהייבן אריין גיין אין די וועלט דעם ענין פון חתונה מאכן יונג די קינדער, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט; עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט שוין מוזן אננעמען די עצה פון חתונה מאכן יונג. ווער עס וועט נישט וועלן פארלירן די קינדער וועט זיי חתונה מאכן יונג, ווען מען איז נאך ריין און ערליך.


געלויבט דעם אייבערשטן אז תלמידי היכל הקודש פאלגן דעם רבי'ן און מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט; דו שרייבסט אז דו האסט מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, האסטו דאך געזען ווי דער רבי פירט אויס. מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, איז דאס דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער הייליגער רבי איז אמאל געפארן אונטערוועגנס, אינמיטן וועג זענען אריבער געפארן אסאך זעלנער פון די קאזאקן, האט דער רבי אנגעהויבן צו שמועסן איבער רוסלאנד און די רוסן, וואס עס וועט זיך טון זיי איר ביז משיח וועט קומען, און וואס עס וועט זיין מיט זיי פון נאך ביאת המשיח ביז תחיית המתים. רבי נתן און רבי נפתלי זענען דעמאלט מיטגעפארן אינעם וואגן, אויך איז דעם רבינ'ס איידעם ר' יוסקא דארט געווען, ער איז געזיצן נעבן רבי'ן, אויסער דעם זענען געווען אינעם וואגן נאך צוויי מענטשן - אנשי שלומינו - פון טעפליק; אלע האבן געקוקט דעם רבי'ן אין פנים בשעת דער רבי האט דערציילט וואס עס וועט זיין דער סדר פון ביאת המשיח. נאכדעם האט רבי נתן געוואלט איבער שמועסן מיט ר' יוסקא האט ער געזען אז ער ווייסט נישט גארנישט פונעם גאנצן שמועס, אויך ווען רבי נפתלי האט געוואלט איבערגיין מיט די צוויי מענטשן פון טעפליק דעם שמועס האט ער אויך געזען אז זיי ווייסן נישט פון וואס מען רעדט, דעמאלט האט רבי נתן און רבי נפתלי פארשטאנען אז דער רבי וויל אז קיינער זאל נישט וויסן פון דעם גאנצען שמועס. (דאס אליינס איז גאר א וואונדערליכע זאך, ווי עס קען זיין אזא זאך אז עס זיצן מענטשן צוזאמען מיטן רבי'ן, דער רבי רעדט און קיינער הערט גאר נישט נאר רבי נתן און רבי נפתלי; רבי נתן האט אלעס אפגעשריבן מיט ראשי תיבות, און דאס איז דער ספר "מגילת סתרים").


אמאל האט מען שטארק צוגעדרוקט רבי נפתלי ער זאל דערציילן עפעס פון ספר "מגילת סתרים" האט ער געזאגט: "איך טאר גארנישט אנטפלעקן - אזוי האט מיר דער רבי אנגעזאגט – אבער איין זאך קען איך אייך זאגן, ווען די וועלט וועט אננעמען דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך גרייטן אויף משיח" (עיין בספר פעולת הצדיק סימן תרח, וסימן תתלו בהערה צ).


 יעצט אז מען זעט שוין ווי דער וועלט נעמט אן דעם רבינ'ס ספרים מער און מער, דארף מען זיך גיין גרייטן אויף משיח צדקינו שיבא במהרה בימינו.

#5 - אויב וועט מען שטארבן אויך נאך ביאת המשיח, ווען וועט זיין תחיית המתים?
פירושים, ספרי ברסלב, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין חיי מוהר"ן אז די וועלט האט א טעות אז מ'מיינט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען נישט שטארבן, און דער אמת איז אז מען וועט יא שטארבן דעמאלט, און אויך משיח אליין וועט שטארבן.


וואס איז פשט פון דעם? אויב אזוי וואס איז דער ענין פון תחיית המתים? אז אלע געשטארבענע וועלן צוריק אויפשטיין לעבעדיג? ווען און פאר וועמען וועט זיין דער תיקון השלם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט קיין קשיא 'פאר וועם וועט זיין דעם תיקון השלם'; קודם וועט זיין (בראשית ג, יט): "וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת משפטים, קח:): אויפן פסוק (דברים לב, לט): אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה - "דִּבְהַהוּא זִמְנָא, כָּל אִינּוּן דְּלָא טַעֲמֵי טַעֲמָא דְּמוֹתָא, מִנֵּיהּ תְּהֵא לוֹן מוֹתָא, וְיָקִים לוֹן וכו'", פאר עס וועט זיין תחיית המתים וועלן אלע דארפן שטארבן, און נאכדעם וועט דער אייבערשטער זיי אויפלעבן.


עס איז נישט כדאי אריין צו טראכטן צופיל אין די זאכן; דער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים ומלחמות, הלכה ב): "לְעוֹלָם לֹא יִתְעַסֵּק אָדָם בְּדִבְרֵי הַהַגָּדוֹת, וְלֹא יַאֲרִיךְ בַּמִּדְרָשׁוֹת הָאֲמוּרִים בְּעִנְיָנִים אֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן, וְלֹא יְשִׂימֵם עִקָּר", מען זאל נישט צופיל אריין קלערן וואס און ווי אזוי עס וועט זיין נאכדעם וואס משיח וועט קומען, "שֶׁאֵין מְבִיאִין לֹא לִידֵי יִרְאָה וְלֹא לִידֵי אַהֲבָה", ווייל פון דעם קומט נישט ארויס קיין עבודת השם יתברך; דער עיקר דארפן מיר זען וואס מיר קענען יעצט טון אז יעצט זאלן מיר נישט זיין קיין טויטע מענטשן, נאר מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך פארלאזן נאר אויף אים.


יעצט דארפן מיר זען צו לעבן מיט דעם לימוד וואס משיח וועט אריין ברענגען פאר די גאנצע וועלט, וואס דאס איז די זאך פון תפילה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; דערפאר דארפן מיר שוין יעצט אפיר נעמען דעם געווער און אלע אונזערע מלחמות און אלעס וואס מיר ווילן פועל'ן זאל זיין נאר מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - האט דער אייבערשטער נישט מוחל געווען פאר דוד, נאכדעם וואס ער תשובה געטון?
פירושים, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס געט מיר כח אנצןגיין יעדן טאג. אויך הער איך אויס די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר אין נ"ך.


אין איינס פון די שיעורים אין נ"ך, ווען נתן הנביא איז געקומען זאגן פאר דוד המלך אז ער האט געזינדיגט, האט דוד המלך גלייך געזאגט "חטאתי" - איך האב געזינדיגט, ער האט תשובה געטון און געבעטן דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין.


למעשה איז ער אבער שפעטער געשטראפט געווארן אויף דעם, איז מיר אביסל שווער ווייל לויט ווי אזוי איך האב אייביג פארשטאנען פונעם ראש ישיבה אז ווען מען טוט תשובה הייבט זיך אהן א נייער בלאט אין לעבן, מען באקומט נישט קיין עונש.


איך האף און איך גלייב אז ווען איך טו תשובה העלפט עס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה עס בעסער מסביר זיין?


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצווה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד. ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל, און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז, אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון, אבער באמת דארף יעדער איד גלייבן אז ער קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, און ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס דוד המלך איז באשטראפט געווארן, ער האט דאך תשובה געטון; קודם דארפסטו וויסן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נו.): "כָּל הָאוֹמֵר דָּוִד חָטָא, אֵינוֹ אֶלָּא טוֹעֶה", ווער עס זאגט אז דוד המלך האט געזינדיגט איז זיך טועה; ווייל אלע סאלדאטן אין די צייטן פון דוד המלך, פלעגן געבן א גט פאר זייער ווייב איידער זיי זענען ארויס געגאנגען אין מלחמה (עיין שם בתוספות, דבור המתחיל גט, ונראה לרבינו תם) כדי זייערע ווייבער זאלן נישט זיין קיין עגונות. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סנהדרין קז.): "רְאוּיָה הָיְתָה בַּת שֶׁבַע לְדָוִד מִשֵּׁשֶׁת יְמֵי בְּרֵאשִׁית", בת שבע איז געווען אנגעגרייט פאר דוד המלך נאך פון ששת ימי בראשית, "אֶלָּא שֶׁאָכְלָה פַּגָה", ער האט דאס גענומען פאר די צייט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עבודה זרה ד:): רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "דוד המלך האט געוויזן פאר אונז א וועג, אז אויב מיר פאלן אראפ, זאלן מיר תשובה טון".


ווען מען לערנט נביאים וכתובים דארף מען זייער אכטונג געבן דאס צו לערנען מיט רש"י, וואס ער ברענגט אראפ דעם פשט ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן דאס געלערנט. מען טאר נישט לערנען נ"ך אן פירוש רש"י, ווייל מען קען זיך זייער טועה זיין און נאכדעם קומען צו פארדרייען די תורה. מיר ווייסן נאר ווי אזוי חז"ל לערנען דאס אפ, חס ושלום מיר זאלן דאס לערנען ווי די מינים און אפקורסים לערנען דאס; אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות כח:): "מִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", מען זאל אכטונג געבן אויף קינדער זיי זאלן נישט לערנען צו סאך מקרא, ווייל אז מען לערנט מקרא אן משנה און גמרא קען מען זייער פארקריכן, דערפאר זאגט ער גלייך: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זע צו לערנען מיט די קינדער משנה און גמרא, ווייל דארט קען מען נישט פארקריכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז תהילים איז מסוגל צו תשובה; וואויל איז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, ער וועט זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס מען דארף פארעכטן, און ער וועט אראפ נאמען פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - וואס איז פשט וואס מוהרא"ש שרייבט אז די יאר איז ווי א רינגל?
פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מוהרא"ש זצ"ל שרייבט אין ספר הקדוש "אשר בנחל" חלק כ"ב דף ע"ח אז יעדעס יאר איז אזוי ווי א רינגל וואס פירט זיך אויף א אנדערע וועג און אין דעם ליגט דער סוד פון רבינ'ס ראש השנה.


ס'איז מיר זייער שווער צו פארשטיין בפשטות וואס מוהרא"ש מיינט דערמיט? און וויאזוי זעט מען דורך דעם די השגחה פרטית אויף אלעם וואס ס'גייט דורך?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז מסביר (אשר בנחל חלק כב, ג' אלפים רפב), אז לכאורה איז דאך זייער שווער צו פארשטיין, ווי אזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז דא אזא זאך ווי 'טבע', ווען אלעס איז דער אייבערשטער, אפילו דער טבע איז דאך אויך אייבערשטער, ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז דא אזא זאך ווי 'טבע'? נאר טבע איז א לשון פון 'טבעת' - א רינגל, ווי אזוי מאכט מען א קייטל? מען נעמט אסאך רינגלעך, מען לייגט אריין איין רינגל אינעם צווייטן, ביז עס ווערט א קייטל. אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן דער וועלט, יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאך א רינגעלע, איין רינגל גייט אריין אינעם צווייטן רינגל ביז עס פירט זיך אויס שיינע זאכן, און עס ווערט א שיינע קייטל.


ווען א מענטש קוקט צוריק אויף אלעס וואס איז אריבער אויף אים, וועט ער זען ווי שיין דער אייבערשטער פירט זיין לעבן. יעדע זאך וואס איז אריבער אויף אים, לטוב צי לרעה, איז נאך א סיבה פונעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען וואס עס איז ארויסגעקומען.


מוהרא"ש שרייבט דארט אינעם בריוו, אז דאס וואס מען גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, איז נאך א רינגעלע מען זאלן אננעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות. ווייל ווען אלעס וואלט געגאנגען פארן מענטש גוט, וואלט דער מענטש אינגאנצן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא כי תצא, ג): "צָרִיך אָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, בִּזְמַן שֶׁהַיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָּה, שֶׁהַיִּסּוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די יסורים וואס ער גייט אריבער, ווייל דאס שלעפט אים צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "אן עושר וועט קיינמאל נישט נעמען א תהילים; וואס דארף ער א תהילים, ער האט אלעס וואס ער דארף. ווער נעמט א תהילים? אן ארעמאן, נאר איינער וואס איז צעבראכן אויף שברי שברים, דער טראכט פונעם אייבערשטן, נאר איינער וואס דארף א ישועה נעמט דעם תהילים'ל אין האנט. אויב מען זעט שוין יא אמאל אן עושר זאגט תהילים, איז נאר ווייל עפעס גייט אריבער אויף אים וכו'"; קומט אויס אז דאס וואס מיר זענען מקורב צום רבי'ן, איז נאר ווייל עס איז אריבער אויף אונז וואס איז אריבער וכו', די שוועריקייטן וואס גייט איבער האט אונז געשטופט צום רבי'ן, די שוועריקייטן האט אונז געשטופט מיר זאלן זוכן דעם אייבערשטן. ווען מען קוקט צוריק זעט מען ווי פון יעדע צרה, פון יעדע שוועריקייט וואס זעט אויס ווי 'טבע', פון יעדע טבעת, יעדעס רינגעלע איז געווארן א שיינע קייטל.


דאס איז דער סוד פון רבינ'ס ראש השנה; דער רבי לייגט אריין אין אונז אז מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אונז איז דער אייבערשטער אליין. עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער. דער רבי לאזט אונז נישט שלאפן, ער וועקט אונז אויף מיר זאלן אנהייבן כסדר מיט א פרישע התחלה, מיר זאלן נישט זיין אזוי צעקלאפט. דערפאר פארן מיר יעדע ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, ווייל ראש השנה איז דער אנפאנג פונעם יאר, און אלעס גייט נאכן אנהייב, מיר הייבן אן דעם יאר מיט אמונה, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען מיר גיין אריבער שוועריקייטן, מיר זאלן געדענקען אז מיר האלטן אינמיטן מאכן א שיינע קייטל, און יעדע שוועריקייט איז נאך א רינגעלע אינעם שיינעם קייטל וואס דער אייבערשטער מאכט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דאס מייחד זיין יחודים, איז דאס שייך אויך פאר פשוטע מענטשן?
תפילה והתבודדות, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ספר אשר בנחל חלק כ"ב דף ס"א, שרייבט דארט מוהרא"ש זצ"ל אזוי: "וצריך שתדע אהובי, כי עסק היחודים הוא ענין נורא ונשגב מאד מאד, ועל פי דברי האריז"ל בשער היחודים, הוא מעלה יותר מלמוד התורה הקדושה, היינו בשעה שאדם מדבר עמו יתברך, יצייר לפני עיניו שמו יתברך הוי"ה ברוך הוא בד' מלויין: ע"ב, ס"ג, מ"ה, ב"ן. וכל מה שיזכה לבטל את עצמו ביותר אליו יתברך, ויזכה ליחד שמות אלו, יותר יאיר לו עריבות, נעימות, זיו, חיות אלוקתו יתברך בהארה ובזיו נורא ונשגב מאד. אשרי מי שחזק בזה תמיד!"


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז שייך אויך פאר פשוטע מענטשן? און אויב מ'קען נישט מייחד זיין די אלע יחודים, אויב ס'איז גענוג אז מ'טראכט נאר פון די שם הוי"ה?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש) אז יעדעס מאל ווען א מענטש איז מייחד א יחוד, ער טראכט פונעם אייבערשטן, איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל; בפרט ווען מען איז מייחד דעם שם הוי"ה ברוך הוא מיט די מילוי פון ע"ב, ס"ג, מ"ה און ב"ן, איז מען זוכה אז צו שפירן דאס זיסקייט און געשמאק פון חיות אלוקותו יתברך שמו.


אבער וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, ער נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן; ער טרעפט זיך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט שמועסט ער אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, במשך הימים והשנים ווערט אים דער מח לויטער און ריין, און עס הייבט אים אן צו שיינען פאר די אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך פרשת נח, ד"ה וילד נח שלשה בנים): "וְזֶה סִימָן לְבַּעַל תְּשׁוּבָה גָמוּר, כְּשֶׁהַשֵּׁם הַקָדוֹשׁ שֵׁם הֲוַיָ"ה בָּרוּך הוּא עוֹמֵד לְנֶגֶד עֵינָיו, הוּא סִימָן שֶׁתִּקֵּן בְּיִרְאָתוֹ כָּל חֲטָאָיו", דאס איז דער סימן פאר א בעל תשובה, אז עס שיינט אים און עס לייכט פאר זיינע אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא; אבער דאס קומט צום מענטש ווען א מענטש איז זוכה און ער גייט אין מקוה יעדן טאג, ער גייט דריי מאל א טאג און שול דאווענען מיט מנין, און דאווענט מיט א סידור אן קיין כוונות, אן קיין שמות ויחודים, נאר ער דאווענט פשוט בתמימות, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און נאך אלע שמות ויחודים, לייג איך אלעס אין דער זייט, און איך דאווען ווי א קינד דאווענט אין חדר"; ווען א מענטש איז זוכה, ער פירט זיך בתמימות ובפשיטות, ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, ער לערנט יעדן טאג אביסל משניות און גמרא וכו', און יעדע זאך וואס עס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן, איז ער זוכה אז עס הייבט אים אן לייכטן דעם שם הוי"ה וכו'.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים געפרעגט וואס ער זאל אינזין האבן ביים דאווענען ווען ער זאגט דעם אייבערשטנס נאמען, האט אים דער רבי געענטפערט: "וואס איז שלעכט אינזין צו האבן פשוט ג-א-ט...! ווען מען זאגט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען דארף שוין כאפן א פחד", עיין שם (חיי מוהר"ן, סימן תיד).


וואויל איז דעם וואס איז מקיים אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן בשמחה עצומה, בתמימות ובפשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - ווי אזוי איז די תפלין משעבד דעם מענטש צום אייבערשטן?
פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אויב איר קענט מיר מסביר זיין, על פי חסידות בכלל און על פי חסידות ברסלב בפרט, דאס וואס מען זאגט ביי די לשם יחוד ביים לייגן תפלין "וצונו להניח על היד לזכרון זרוע הנטויה, ושהיא נגד הלב לשעבד בזה תאות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו, ועל הראש נגד המח, שהנשמה שבמוחי עם שאר חושי וכוחותי כלם יהיו משועבדים לעבודתו יתברך שמו", ווי אזוי ארבעט דאס? ווי אזוי זענען די תפלין משעבד די הארץ און קאפ צום אייבערשטן?


חיים מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים-וילך, י"ט אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד חיים מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.


מען זאגט אין דעם נוסח פון לשם יחוד פאר מען טוט אן די תפילין: "וְצִוָּנוּ לְהָנִיחַ עַל הַיָּד לְזִכְרוֹן זְרוֹעַ הַנְּטוּיָה, וְשֶׁהִיא נֶגֶד הַלֵּב לְשַׁעְבֵּד בָּזֶה תַּאֲוַת וּמַחְשְׁבוֹת לִבֵּנוּ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ. וְעַל הָרֹאשׁ נֶגֶד הַמֹּחַ, שֶׁהַנְּשָׁמָה שֶׁבְּמֹחִי עִם שְׁאָר חוּשַׁי וְכֹחוֹתַי, כֻּלָּם יִהְיוּ מְשֻׁעְבָּדִים לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" מיר טוען אן די תפילין צו משעבד זיין אונזער הארץ און אונזער מח צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, מען קען הערן מענטשן זאגן: "דער מענטש איז זייער מצליח ווייל ער האט גאלדענע הענט", "דער איז מצליח ווייל ער האט א אייזערנע קאפ"; מען פארגעסט אבער אז דער אייבערשטער איז דער וואס געבט די גאנצע הצלחה פארן מענטש, ער געבט פרנסה פארן מענטש, און עס האט גארנישט צו טון מיט גאלדענע הענט אדער א אייזערנע קאפ. די גאנצע וועלט פירט זיך פונעם אייבערשטן, אזוי ווי אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יא): "לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם, וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר וגו'"; מיט דעם טייטש מוהרא"ש דעם מאמר חז"ל (סנהדרין מו.): "שְׁכִינָה מַה לָשׁוֹן אוֹמֶרֶת, קַלַּנִי מֵרֹאשִׁי, קַלַּנִי מִזְּרוֹעִי", דער אייבערשטער קלאגט, דער קאפ טוט מיר וויי, די הענט טוט מיר וויי, "עס טוט מיר וויי צו הערן ווי מענטשן זאגן אז א 'גוטע קאפ' ברענגט הצלחה, אדער 'גוטע הענט' ברענגט עשירות", נישט דער אייזערנע קאפ מאכט רייך, און נישט די גאלדענע הענט מאכט געלונגען, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן. דערפאר טוען מיר אן תפילין אויף די הענט און אויף די קאפ, מיר בינדן צו אונזער הענט און קאפ צום אייבערשטן, וואס דורכדעם טוען מיר ווייזן אז אלעס וואס מיר האבן, אלעס קומט פונעם אייבערשטן. דאס איז פשט פון משעבד זיין אונזער הארץ און אונזער קאפ צום אייבערשטן, מיר בינדן זיך צו צו אים, און מיר ווייזן אז מיר קענען גארנישט טון אן דעם אייבערשטן.


מיר קענען נישט משיג זיין ווי גרויס די מצוה פון תפילין איז, און ווי פרייליך מיר דארפן זיין ווען מיר זענען זוכה אנצוטון תפילין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ל:): אַבַּיֵי הֲוָה יָתֵיב קַמֵּיהּ דְּרַבָּה, חַזְיֵיהּ דַּהֲוָה קָא בָּדַח טוּבָא, אֲמַר: "וְגִילוּ בִּרְעָדָה" כְּתִיב! אֲמַר לֵיהּ: אֲנָא תְּפִלִּין מַנַּחְנָא", אביי איז געזעצן פאר רבה, און רבה האט געזען אז אביי איז זייער פרייליך, האט אים רבה געפרעגט, עס שטייט דאך (תהלים ב, יא): "וְגִילוּ בִּרְעָדָה"? האט אים אביי געענטפערט: "איך האב אנגעטון תפילין"!


רַבִּי יִרְמְיָה הֲוָה יָתֵיב קַמֵּיהּ דְּרַבִּי זֵירָא, חַזְיֵיהּ דַּהֲוָה קָא בָּדַח טוּבָא, אֲמַר לֵיהּ: "בְּכָל עֶצֶב יִהְיֶה מוֹתָר" כְּתִיב, אֲמַר לֵיהּ: "אֲנָא, תְּפִלִּין מַנַּחְנָא", די זעלבע מעשה איז געווען ביי רבי ירמיה, ער איז געזיצן פאר רבי זירא, און רבי זירא האט געזען אז רבי ירמיה איז זייער פרייליך, האט אים רבי זירא געפרעגט, עס שטייט דאך (משלי יד, כג): "בְּכָל עֶצֶב יִהְיֶה מוֹתָר"? האט אים רבי ירמיה געענטפערט: "איך האב אן תפילין"!


זעט מען פון דעם ווי ווייט א מענטש דארף זיך מחיה זיין מיט דעם וואס ער טוט אן תפילין יעדן טאג; דער יצר הרע קען דאס אבער נישט נעמען, ער קען נישט זען ווי א איד בינדט זיך צו צום אייבערשטן יעדן טאג, וואס טוט ער? ער ווארפט אראפ דעם מענטש און ער מאכט אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת - זה בכה וזה בכה, צו יעדן איינעם קומט ער מיט אן אנדערע שלייער, ער צעברעכט דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים שלעכטע מחשבות, אז דער מענטש טראכט: 'ווער דארף מיין תפילין, ווער דארף מיין דאווענען, איך בין דאך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, איך האב דאך אזוי סאך געזינדיגט וכו' וכו'", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל דער אייבערשטער ווארט אז דער מענטש זאל קומען יעדן טאג אין שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגט זאגן (ברכות ו:): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק: כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט נישט אין שול פרעגט דער אייבערשטער "וואו איז דער איד?" פארוואס איז ער נישט געקומען; אויב איז ער נישט געזונט וועט אים דער אייבערשטער אויסהיילן, אויב איז ער פארנומען מיט מעשים טובים, וועט אים דער אייבערשטער העלפן. אפילו א מענטש האט געטון עבירות און ער איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען ער זיך אין איין מינוט צוריק קערן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה, קומט ער אן ביזן אייבערשטן אליין.


וואויל איז פאר א מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און ער איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון תפילין, בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען די גרעסטע סומע געלט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִי יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; און אז מען לייגט תפילין איז מען זוכה צו זיין אפגעהיטן פון עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.