שאלה אין קורצן ענין
#3 - איך האב אזא שווערע לעבן, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, צרות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק אין לעבן, איך האב זיך אויסגעלערנט צו האבן אן אמת'ן קשר מיט'ן רבונו של עולם.


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, שוין חתונה געהאט פאר 27 יאר, מיין מאן איז נישט אינגאנצן געזונט, ער ליידט אויף אוטיזם, ער לעבט אין זיין וועלט און ער פארשטייט נישט און קען נישט טראכטן פון א צווייטן, און די גאנצע עול און אחריות פון די גאנצע שטוב ליגט נאר אויף מיר.


איך האב ב"ה לעצטנס חתונה געמאכט א טאכטער, און בקרוב גיי איך חתונה מאכן א זון, און דאס קאסט אפ שווערע כוחות. ווידער האב איך א בחור וואס איז געגאנגען אין א ישיבה קטנה פאר ספעציעלע בחורים, און יעצט וויל אים קיין איין ישיבה גדולה נישט ארייננעמען.


בקיצור, מיין גאנצע לעבן איז פול מיט שוועריקייטן און נסיונות, איך האב 11 קינדער מיט 12 נסיונות, און איך שפיר ווי איך גיי שוין אראפ פון זינען פון די פילע צרות און שוועריקייטן. כאטש וואס איך רעד אסאך צום אייבערשטן, שפיר איך אבער אז איך מוז אויך האבן א מענטש, א רבי, וואס זאל מיר מחזק זיין צו קענען אנגיין און זיך דערהאלטן אין לעבן. מיין מאן קומט פון א ליטווישע משפחה און ער האלט אז מ'דארף נישט האבן קיין רבי, מ'קען זיך אליין אן עצה געבן, איך שפיר אבער אז איך קען נישט אליין.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן חיזוק און הדרכה וואס צו טון ווייטער.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז איר האט צוועלף נסיונות; וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז נישט דא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס האט נישט קיין נסיונות, יעדע מענטש פראבירט מען אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג.


עס איז כדאי איר זאלט אריין קוקן אין די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן (שם) וועט איר זען אז נישט נאר איר האט אייערע צוועלף נסיונות, נאר יעדער איינער אויף דער וועלט האט שווערע יסורים, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף דער וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


דערפאר זאלט איר אננעמען די עצה פון רבי'ן - אנטלויפן צום אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים און אים דערציילן פונקטליך וואס עס גייט אויף אייך אריבער; בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך האב א שיינע משפחה פון עלף קינדער קיין עין הרע. איך דאנק דיר אייבערשטער אז מיר האבן שוין חתונה געמאכט אונזער טאכטער און מיר גייען שוין חתונה מאכן אונזער בחור. אייבערשטער איך בעט דיר! געב מיר כח איך זאל קענען ווייטער אנגיין מיט מיין ארבעט אויפצוצוען מיינע טייערע ליכטיגע קינדער, איך זאל זען נחת פון זיי און פון זייערע קינדער.


הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער 'נותן ליעף כח', העלף מיר איך זאל האבן כח אנצוגיין אין לעבן; עס איז מיר זייער שווער אלעס אליינס צו טון. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער זאל מיר קענען העלפן מיט די שטוב ארבעט". אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען עס ווערט אייך שווער אויפן הארץ, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות; וועט איר זען די וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן פאר אייך, ווי עס וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אויפצוען און חתונה מאכן אלע אייערע קינדער און זען נאר נחת פון זיי.


איין זאך בעט איך אייך, ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן ווען עס קומען צו גיין שווערע נסיונות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן, אז מען זאל געדענקען פון אברהם אבינו; לכאורה, וואס העלפט געדענקען פון אברהם אבינו נישט צו ווערן דערשראקן? נאר חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", צען נסיונות האט דער אייבערשטער געברענגט אויף אברהם אבינו און ער האט זיך דערהאלטן און נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט נאך פון צדיקים (עיין בספר השל"ה פרשת וירא, דרך חיים תוכחת מוסר, אות מב) אז די צען ביטערע נסיונות גייט אריבער אויף יעדן איינעם, מען פראבירט אויס יעדן איינעם מיט די צען נסיונות, און וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און גלייבט ווייטער אינעם הייליגן באשעפער; מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א איד, וויפיל ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער, צוזאמען מיט אייער מאן זאל זיין געזונט און שטארק.

#2 - מיינע קינדער פאלן אוועק, ווייל איך באלאנג נישט צו א ספעציעלע חסידות?
חינוך הילדים, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן צום ראש ישיבה איבער מיינע פראבלעמען וואס פלאגן מיר מיט מיינע קינדער, מיין עלטסטער בחור האט פארלאזט די שטוב, און כאטש וואס איך האלט נאך אן א נאנטע קשר מיט אים, מיר האבן א שיעור אין משניות יעדן טאג אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה, אלע מיינע חברים וועלכע האבן אויך קינדער אין די יארגאנג טוען שוין שידוכים, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך באלאנג נישט צו קיין ספעציעלע חסידות, נאר צו כלל חסידי. כאטש וואס איך האב יא א רבי וועמען איך פרעג שאלות, און מיינע קינדער גייען צו אים, האט ער אבער נישט קיין חסידות. און דעריבער הער איך אסאך פון מענטשן וואס טשעפען מיר אז די סיבה פארוואס איך בין נישט מצליח מיט די קינדער איז ווייל איך באלאנג נישט צו א חסידות, און די קינדער שפירן נישט אז זיי זאלן האבן א פלאץ וואו זיי באלאנגען. עס קען טאקע זיין אז זיי זענען אפשר גערעכט, וואס זאל איך אבער טון אז מיין טאטע האט מיר געשיקט צו אזעלכע ישיבות וואס דארט בלייבט מען נאר כלל חסידי?


אפשר קענט איר ארויסהעלפן און זאגן אויב דאס איז טאקע דער אמת, און אויב יא, וואס איך קען טון צו דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער חבר, יעצט איז נישט קיין צייט פון זיך באשולדיגן וכו', דאס אלעס וואס מענטשן זאגן דיר איז הבל הבלים.


מען זעט אין די תורה אז אפילו פרעה, ווען ער האט געהאט זיין שלעכטע חלום האט ער אויך געוואוסט אז אלע פותרי חלומות זענען הבל הבלים און ער האט נאר אויסגעהערט יוסף. ווען יוסף הצדיק איז געקומען און אים פותר חלום געווען האט ער אים אויסגעהערט און געזאגט (בראשית מא, לח): "הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ?" זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס האט באוואויגן פרעה אויסצוהערן נאר יוסף הצדיק? נאר ווילאנג א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטער איז אלעס נארישקייטן און אפילו פרעה, דער גוי טמא, האט דאס אויך פארשטאנען. די אנדערע פותרי חלומות האבן אים געזאגט: "דו גייסט האבן זיבן טעכטער און זיי גייען שטארבן", אדער: "דו גייסט איינעמען זיבן שטעט וכו'", שטייט (שם, ח): "וְאֵין פּוֹתֵר אוֹתָם לְפַרְעֹה", זאגט רש"י: "פּוֹתְרִים הָיוּ אוֹתָם, אֲבָל לֹא לְפַרְעֹה, שֶׁלֹא הָיָה קוֹלָן נִכְנַס בְּאָזְנָיו, וְלֹא הָיָה לוֹ קוֹרַת רוּחַ בְּפִּתְרוֹנָם", זיי האבן אים פותר חלום געווען אבער עס איז נישט אריין אין פרעה'ס אויער; ווייל ווי לאנג מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז אלעס נארישקייטן.


ווען יוסף האט געזאגט (שם, טז): "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה", איך ווייס גארנישט, נאר וואס דער אייבערשטער וועט מיר מאכן פארשטיין וועל איך זאגן פאר פרעה. אדער ווען פרעה האט געענדיגט פארציילן זיין חלום האט יוסף געזאגט (שם, כה): "אֵת אֲשֶׁר הָאֱלֹקִים עֹשֶׂה, הִגִּיד לְפַרְעֹה", וואס דער אייבערשטער גייט טון האט פרעה זיך גע'חלומ'ט; האט פרעה גלייך פארשטאנען אז דער מענטש רעדט צום זאך.


דערפאר בעט איך דיר ליבער טייערער חבר, הער זיך אויף צו באשולדיגן וכו', דאס וועט דיר נאר אריין ווארפן אין עצבות און אין מרה שחורה. דער אייבערשטער פירט דער וועלט און מיר ווייסן גארנישט וואס, ווען און וואו.


וואויל איז דיר אז דו האסט א רבי וועם דו פרעגסט דיינע שאלות און דיינע קינדער גייען צו אים נעמען יראת שמים און חיזוק. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין חינוך, צו ווייזן פאר קינדער אז מען האט אן ערליכער איד מיט וועם מען איז זיך שואל עצה וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי און פרעגט פון זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים - פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי אין תורה.


די אלע וואס גיין צו רבי'ס בשעת זיי אליינס לאכן פון דעם אין שטוב, דאס איז דער גרעסטער הירוס אין חינוך. ווייל מען איז מחנך קינדער אז אלעס איז שקר רחמנא לצלן.


מענטשן מאכן חרוב מיט זייערע אייגענע הענט זייערע קינדער מיט דעם פארקרומטן שיטה אז מען דארף באלאנגען ערגעץ אפילו עס איז שקר; דאס איז אנקעגן די תורה און אנקעגן די שכל, ווייל די קינדער זיצן שבת ביים טיש און הערן כל מיני ליצנות וכו' און נאכדעם הייסט אים זיין טאטע גיין צו דעם רבי'ן, זעט דער קינד אז אלעס איז בלאף השם ישמרינו.


אויב דו ווילסט נחת פון דיינע קינדער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער? האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט ביי תיקון חצות האב איך אנגעפילט א גלאז מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, אזוי האב איך זוכה געווען צו דעם".


דאס זעלבע דערציילט מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו; ער האט געהאט צען קינדער וואס אלע זענען געווען ערליכע אידן און בעלי מידות טובות וכו'. ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האט איר זוכה געווען צו דעם?" האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפ געריסן פון בוים? איך האב יעדע נאכט געוויינט צום אייבערשטן, איך האב אנגעפילט מיין קאפל מיט מיינע טרערן און איך האב זיך אפגעוואשן מיין פנים מיט די טרערן".


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; זע אז עס זאל הערשן א פאזעטיווער לופט ביי ענק אין שטוב. ווען דו שפירסט אז דו דארפסט וויינען זאלסטו טון וואס יוסף האט געטון (בראשית מג, ל): "וַיְבַקֵּשׁ לִבְכּוֹת, וַיָּבֹא הַחַדְרָה, וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", ווען יוסף האט געשפירט ווי ער דארף וויינען, איז ער ארויס אין א זייטיגע צימער און דארט האט ער געוויינט; איך בעט דיר, זיי שטארק מיט אלע דיינע כוחות און זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין שטוב.


חוץ פון דיין שיעור וואס דו לערנסט מיט דיין זון זאלסטו זען צו שמועסן מיט אים סתם זאכן; נייעס וכדומה לזה. די קשר צווישן דיר און אים דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי דיינע אייניקלעך בקרוב, אמן.

#1 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין נאכ'ן פארלירן א קינד ל"ע?
קינדער, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד מו"ר הגאון הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב שוין חתונה געהאט פאר 6 יאר, און איך האב ב"ה 2 קינדער בלי עין הרע כן ירבו.


איין יאר ל"ג בעומר אין מירון האב איך באקומען א סידי מיט אייערע הייליגע ניגונים, און אזוי בין איך אנגעקומען אויך צו הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, די ווערטער זענען מיר מחזק ממש כמים קרים על נפש עייפה. נאך אסאך נסיונות און שוועריקייטן וואס איך בין דורכגעגאנגען, און איך גיי נאכאלץ דורך, איז נישטא נאך א זאך וואס איז מיר אזוי מחזק ווי די הייליגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


לעצטנס בין איך דורכגעגאנגען נאך א שוועריקייטן רחמנא ליצלן. מיט מיין צווייטע אינגל איז אויך געבוירן געווארן א צווילינג מיידל, זי האט געהאט קאמפליקאציעס גלייך ביים געבוירן ווערן, איך האב געגעבן א גרויסע קידוש אום שבת און איר געגעבן א נאמען, אבער שבת נאכמיטאג איז זי ליידער אוועק ל"ע, זעקס שעה נאכ'ן געבן דעם נאמען, און דריי און האלב טעג נאכ'ן געבוירן ווערן.


ס'איז מיר געווען גאר שווער צו הערן די ביטערע בשורה מוצאי שבת, מיר פרובירן זיך מחזק זיין און זיך דערהאלטן, אבער ס'קומט נישט אן גרינג, אפשר קענט איר מיר אביסל מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די שרעקליכע בשורה; המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, אייך מיט אייער ווייב תחי', איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


דער אר"י הקדוש זאגט אז דער שם הוי"ה בהכאה באטרעפט מקו"ם. דאס הייסט: י' פעם י', ה' פעם ה', ו' פעם ו', ה' פעם ה', באטרעפט מקו"ם; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אזוי: "הוי"ה בהכאה", דאס הייסט, ווען א מענטש כאפט קלעפ, דארף ער וויסן אז אלע קלעפ קומט פונעם אייבערשטן. אויב מען ווייסט אז הוי"ה -  דער אייבערשטער, בהכאה - ער שלאגט מיר, דעמאלט איז "עולה מקום" בלייב איך שטיין אויף מיין פלאץ, איך גיי נישט אוועק פון די אמונה, ווייל עס וועט גארנישט ניצן.


דערפאר - זאגט מוהרא"ש - ניצט מען דעם לשון 'המקו"ם ינחם אתכם' ווען מען איז מנחם אבל, ווייל מען זאגט פארן מענטש: "געדענק, "המקו"ם" ינחם אתכם, אלע קלעפ וואס גייט אריבער קומט פונעם אייבערשטן".


מיר ווייסן גארנישט, מיר דארפן נאר איין זאך חזר'ן - די הייליגע אמונה; מיר דארפן חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", עס איז נישט דא וואס צו זאגן עס איז נישט דא וואס צו פארשטיין, א איד ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיינער קען אים גארנישט טון - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, דעמאלט איז דער מענטש גליקליך און פרייליך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין טובה וועגן, דער מענטש לעבט שוין אין גן עדן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "'בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד', פרעגן חז"ל, יעצט איז נישט ה' אחד ושמו אחד?! נאר יעצט ווען עס גייט גוט פאר א מענטש, זאגט ער הטוב והמטיב און חס ושלום ווען עס גייט נישט גוט פאר א מענטש זאגט ער דיין האמת, אבער לעתיד לבא וועט מען אויף אלעס זאגן הטוב והמיטב"; דערפאר, ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז דער אייבערשטער, דעמאלט לעבט ער אין עולם הבא.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; אפילו עס איז דיר ביטער וכו' וכו' האב נישט קיין קשיות אויף דאס וואס דו גייסט אריבער. געדענק אז (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; איי איך זע עס נישט, איי איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


זיי זיך מחזק מיט דיין יונגעלע, און זע צו מחזק צו זיין דיין ווייב ווייל זי דארף נאך מער חיזוק פון דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.