שאלה אין קורצן ענין
#7 - איך קען זיך נישט היטן די אויגן, זאל איך פונדעסטוועגן גיין אין מקוה?
שמירת עינים, קדושה, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער לעצטנס אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה, מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך גיי אין מקוה קען איך זיך נישט היטן די אויגן, איך שפיר אז איך בין א זריז ונפסד. וויל איך וויסן אויב איך זאל פון דעסט וועגן נאכאלץ גיין אין מקוה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך טובל'ן אין מקוה; דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע זיינע עבירות און עס היט אים אפ אויף ווייטער נישט אראפ צו פאלן. אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב): עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה וכו', און ווען ער האט געזען אז ער האט נישט קיין מקוה האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה; אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה? אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר דא זעט מען וואס מקוה איז. א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה, וועט אים די מקוה צוריק האלטן פון טון עבירות.


אז דו קענסט זיך נישט היטן די אויגן דארפסטו דאך הערשט גיין אין מקוה כדי אראפ צו נעמען פון דיר אלע פלעקן מיט וואס דו האסט זיך פארשמירט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִלְמָלֵי נִתְּנָה רְשׁוּת לָעַיִן לִרְאוֹת אֵין כָּל בִּרְיָה יְכוֹלָה לַעֲמוֹד מִפְּנֵי הַמַּזִּיקִין וכו', כָּל חַד וְחַד מִינַּן, אַלְפָּא מִשְּׂמָאלֵיהּ וְרִבְבָתָא מִימִינֵיהּ", ווען מען וואלט ווען געקענט זען די קליפות וואס שטייען ארום זיך, וואלט א מענטש דאס נישט געקענט אויסהאלטן, ער וואלט גע'חלש'ט פון שרעק; מיט א יעדע שלעכטע קוק וואס מען קוקט באשאפט מען קליפות ומשחיתים רחמנא לצלן וואס באגלייטן דעם מענטש און לאזן אים נישט אפ, אבער ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה פארלירן זיי די שייכות מיטן מענטש, ווייל קליפות זענען רוח און 'רוח' מיט 'מים' גייט נישט צוזאמען. און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן נד): "עַל-יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם, עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה, נִמְתָּק הַדִּין", אויב מען האלט איין די אטעם אונטערן וואסער ווי לאנג מען קען שוין נישט אטעמען, דעמאלט ווערן נמתק אלע דינים.


גיי אין מקוה יעדן טאג וועסטו אלעס פאררעכטן; רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן"; פראביר צו גיין אין צייטן ווען עס איז מער ליידיג וכו' אזוי וועט דיר עס אנקומען גרינגער.

#6 - זאל איך מיטנעמען מיינע קינדער אויף אומאן, טראץ די נסיונות פון שמירת עינים אויפ'ן וועג?
שמירת עינים, אומאן, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען אויף אייערע הערליכע שיעורים וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין מיין לעבן, הקב"ה ישלם שכרכם בכפלי כפלים.


איך פאר שוין אסאך יארן אויף אומאן ראש השנה ב"ה, אבער איך האב קיינמאל נישט מיטגענומען קיין קינדער. איך הער אבער ביי די שיעורים אז ס'איז יא וויכטיג מיטצונעמען די קינדער אהין. מיין שאלה איז, אזוי ווי מיין שטוב ווערט געפירט אויף א פרומען אופן, הן בנוגע זיין אפגעשיידט פון אלע סארט מאדערנקייטן וואס כאפט זיך אריין, סמארטפאון און ווידיאס איז טרייף פסול ביי מיר און שטוב, און אויך אין די בית המדרש וואו איך דאווען, און אין די תלמוד תורה וואו איך שיק מיינע קינדער זענען רובם ככולם פון אזעלכע שטובער.


יעצט ווען איך נעם מיט מיין זון פון 11 יאר קיין אומאן, איז תיכף ביים אנקומען צום עירפארט וועט ער זען אז מער פון רוב פון די אידן וואס ווארטן ארויף צו גיין אויפ'ן פליגער האבן יא א סמארטפאון אין האנט, און בשעת'ן זיצן אויפ'ן פליגער וועט ער זען ווי אידן קוקן יא ווידיאס, און בכלל די הנהגה און די דיבורים אויפ'ן פליגער קען זיין מיט לייכטזיניגקייט פון אסאך מענטשן, איז ווי אזוי וועט ער אויפנעמען אזא זאך, אז יעצט בשעת'ן טון די גרעסטע זאך וואס איז שייך, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זעט ער גאר אז אזויפיל אידן וואס פארן אויך קיין אומאן, טוען אזעלכע סארט זאכן וואס ער זעט נישט זיין גאנצע לעבן?


איך פארשטיי אז די אידן דארף מען דן זיין לכף זכות, און דער רבי איז א דאקטער וואס היילט אויס סיי מיך און סיי זיי, אבער א קינד וואס דארף בכלל חיזוק אוועקצושטיין פון די שרעקליכע נסיונות הדור, קען פון דעם קומען צו א מסקנא אז מ'קען זיין אן ערליכער איד צוזאמען מיט די אלע טריפה'נע זאכן.


יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעשיידט פון שלעכטס; אז מען איז מחנך די קינדער מיט ליבשאפט וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ וִינִיחֶךָ, וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", אז מען איז מחנך קינדער אויפן גוטן וועג וועלן זיי נאר ברענגען נחת.


דער עיקר זאלסטו זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי אים בעטן; קינדער האבן אין זיך א ריינקייט אין זיך, ביי זיי איז די אמונה קלאר און לויטער, דערפאר זאלסטו זיי מחנך זיין זיי זאלן לעבן מיט אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון תפילה ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים, וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע אידן.


אודאי זאלסטו ברענגען דיינע קינדער קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז באוויסט די מעשה אז ווען רבי יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער רבי יודל האט געטראכט אז עס איז וועט זיין זייער שווער פארן קינד די שווערע וועג וכו', אויך האט אים געפעלט געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען צום רבי'ן אליינס אן זיין זון; ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן שלום געבן האט דער רבי זיך אנגערופן: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר - גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; עס האט געבאדערט פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין זון ווייל דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש; מיר פארן ראש השנה מיט אלע קינדער פון פאר זיי ווערן זיבן יאר. מיר קוקן נישט אויף גארנישט און מיר ברעכן אלע מניעות, יעדער איינער האט זיך זיינע נסיונות און אין יעדע תקופה קומען אפיר אנדערע נסיונות, אמאל איז געווען די נסיון אז עס איז נישט דא קיין עסן געהעריג, אדער די בעט איז נישט געהעריג, האבן מיר דאס צעבראכן און געקומען אפילו אן עסן און אן שלאפן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; און אזוי קומען כסדר אן פרישע נסיונות, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן און קומען צו אים אויף ראש השנה.


אז דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו זיי מיט נעמען מיט דיר און זיי מחנך זיין אונטער וועגנס זיי זאלן האבן שמירת עיניים, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - זאל מען נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת?
שמירת עינים, חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב מ'זאל נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת קודש, און אויב יא פון וועלכע יארגאנג. איך האב מורא זיי מיטצונעמען וועגן שמירת עינים און שלעכטע מחשבות וואס זיי קענען האבן פון דעם, אפילו ווען מ'זאגט זיי אן נישט צו קוקן, זעען זיי אבער למעשה.


איך געדענק ווען איך בין געגאנגען אין מקוה אלס קינד מיט מיין טאטע, האט מיין שמירת עינים נישט געטויגט אזוי גוט, דעריבער האט איך יעצט מורא צו נעמען מיינע קינדער, פון די אנדערע זייט אויב וועל איך זיי אנהויבן נעמען ערשט ביי די צוועלף יאר, קען דאן זיין נאך ערגער, ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע זאך וואס מען געוואוינט איין קינדער צו טון וועלן זיי דאס שפעטער טון; אז מען נעמט די קינדער אין שול, מען האלט זיי נעבן זיך ביים דאווענען און מען לערנט זיי שטייטליך אויס ווי אזוי צו דאווענען און נישט צו רעדן ביים דאווענען וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אליינס גיין דאווענען. אבער אויב מען לאזט די קינדער ארום לויפן אין שול און מען שמועסט ביים דאווענען וועלן די קינדער אויסוואקסן אן קיין יראת שמים.


די זעלבע זאך איז מיט יעדע דבר שבקדושה; מען דארף מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוגעוואוינט צו אלע מצות און אלע מנהגים. א טאטע דארף נעמען זיינע קינדער אין מקוה ערב שבת כדי זיי צו מחנך זיין צו גיין אין מקוה, און זיי אויסלערנען ווי אזוי מען גייט אין מקוה בצניעות בקדושה ובטהרה.


פון די זיבן יאר קען מען שוין ברענגען קינדער אין מקוה ערב שבת; פארשטייט זיך נאר מיטן טאטע'ן, ווייל אליינס טאר מען נישט גיין אין מקוה. אפילו א בר מצוה בחור'ל דארף האבן שמירה פון חולי נפש רחמנא לצלן.


אז מען ברענגט קינדער אין מקוה איז כדאי צו גיין ווי פריער ווען די מקוה איז נאך ליידיג, זיי מחנך זיין נישט צו רעדן אין מקוה און זיי אויסלערנען זריזות נישט צו פעניען אין מקוה. מען דערציילט אויפן הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה אז ער פלעגט גיין אין מקוה מיט אזא שנעלקייט, אז קיינער האט אים נישט געקענט אויסכאפן; ווי לאנג מען האט זיך אנגעהויבן אויסטון איז רבי נתן שוין געווען אויסגעטון גע'טובל'ט און צוריק אנגעטון און ארויס פון מקוה! דאס קען יעדער זוכה זיין אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן שמירת עיניים; אדרבה, דאס דארף מען אויסלערנען די קינדער נאך פון זייער יוגנט, אז מען דארף היטן די אויגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען איך ליב האבן מיין ווייב, ווען זי איז נישט אזוי אהערגעשטעלט?
שמירת עינים, שלום בית, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיר נישט, אבער איך קען אייך יא, איך הער אסאך אייערע שיעורים און דאס לייכט מיר אויף מיין לעבן, עס געבט מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין אין סיי וועלכע מצב אין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן.


איך האב ב"ה זוכה געווען צו זייער א געלונגענע וואוילע און גוטע ווייב, מיר האבן שוין עטליכע ליכטיגע קינדער קע"ה, מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז נישט אזוי שיין אהערגעשטעלט, און איך הער נישט אויף טראכטן אז איך וויל האבן א שיינע ווייב, אנגעטון שיין מיט א שייטל וכו'.


די מחשבות לאזן מיר נישט צורוה, און איך ווער משוגע פון דעם. איך טראכט וואס איך וואלט געקענט טון דערצו, פאר מיינע עלטערן וואלט איך קיינמאל נישט געקענט זאגן אז איך דארף א שידוך מיט א שייטל, ווייל זיי וואלטן דאס נישט אויסגעהאלטן, און וואס קען איך יעצט טון? אפשר דארף איך איר יעצט בעטן אנצוטון א שייטל און זיך שיין אהערשטעלן? אפשר אזוי וועט דאס מיר בארואיגן און איך וועל האבן א גוט לעבן?


ביטע ליינט איבער מיין שאלה מיט ישוב הדעת, און ענטפערט מיר מיט לאגיק און געפיל, מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו קענען העלפן אידישע קינדער אייער גאנץ לעבן מיט הרחבת הדעת.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט יעדע שאלה קען מען ענטפערן בכתב, בפרט ווען מען קען נישט דעם מענטש וכו', נאר מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר נישט ענטפערן אבי מיט א חז"ל נאר מיט לאגיק און הארץ וכו'; וויסן זאלסטו אז ביי אידן איז נישט דא קיין לאגיק, ביי אונז אידן איז נאר דא וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס די תורה זאגט און וואס אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן.


ר' נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קטז): "אֶחָד הָיָה מְדַבֵּר עִמּוֹ, וְהָיָה מְשַׁבֵּחַ אֶת אִישׁ אֶחָד שֶׁמִּתְנַהֵג בְּיֹשֶׁר, וְאָמַר עָלָיו בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה הוּא 'אָרִינְטְלִיךְ'", א איד האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אויף איינעם אז יענער איז זייער אן 'ארינטליכער מענטש', "עָנָה הוּא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה וְאָמַר: שֶׁעַל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי אֵין שַׁיָּךְ לוֹמַר אָרִינְטְלִיךְ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: אויף א איד איז נישט שייך צו זאגן 'ער איז ארינטליך', "כִּי אֻמּוֹת הָעוֹלָם יֵשׁ לָהֶם הַנְהָגוֹת נִימוּסִיּוּת, מַה שֶּׁהַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר מְחַיֵּב, שֶׁזֶּה נִקְרָא אָרִינְטְלִיךְ", ביי גוים איז שייך צו זאגן 'ארינטליך' ווייל זיי פירן זיך מיט שכל און לאגיק, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת שֶׁהֵם מִצַּד דֶּרֶךְ אֶרֶץ מַה שֶּׁהַיֹּשֶׁר וְהַשֵּׂכֶל מְחַיֵּב, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת אֵין עוֹשִׂין מֵחֲמַת דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִצַּד חִיּוּב הַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר, רַק מִגְּזֵרַת הַמֶּלֶךְ הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ שֶׁצִּוָּה עָלֵינוּ בְּתוֹרָתוֹ לַעֲשׂוֹת כָּךְ", אבער ביי אונז אידן איז נישט שייך צו זאגן אז מיר פירן זיך מיט שכל און לאגיק, ווייל אפילו די מצוות וואס דער שכל איז מחייב טוען מיר אויך נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל מסביר געווען פאר אן אפיקורס דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יג:): "אָמַר רַב יִצְחָק, קָשָׁה רִמָּה לְמֵת כְּמַחַט בְּבָשָׂר הַחַי", עס טוט וויי פארן טויטן מענטש ווען די ווערים בייסן אים אזוי ווי עס טוט וויי פאר א לעבעדיגע מענטש ווען ער כאפט א שטאך פון א נאדל; ר' נתן האט דאס אים ערקלערט מיט שכל וכו', שפעטער האט זיך ר' נתן אנגערופן פאר זיינע תלמידים וואס זענען געווען דערביי: "דאס וואס איך האב מסביר געווען פריער דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז פאר אים וואס ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטער, אבער איר זאלט וויסן אז: "וואס חז"ל זאגן דאס זאגט 'גאט'".


דאס זעלבע זאג איך דיר: דו דארפסט תשובה טון אויף דעם וואס דו שרייבסט "מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל" און דו ווילסט הערן א תשובה פון לאגיק און הארץ, ווייל נאר וואס חז"ל זאגן אונז דאס איז שכל און פארשטאנד.


יעצט צו דיין שאלה. דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן, דו שרייבסט אז דו האסט זוכה געווען צו א געלונגענע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער עס שטערט דיר איר אויסזען וכו', דו ווילסט האבן א ווייב וואס דו האסט נישט, א זאך וואס איז ציענדיג ווי לאנג מען האט עס נישט.


וויסן זאלסטו אז ליבשאפט וכו' האט נישט נאר מיטן אויסזען, הער אויס וואס די הייליגע חז"ל זאגן (סוטה מז.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן שְׁלֹשָׁה חִינוֹת הֵן", דריי סארט חן האט דער אייבערשטער באשאפן, איינע פון די דריי איז: "חֵן אִשָׁה עַל בַּעְלָהּ", אז א פרוי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; זאגט רש"י (דבור המתחיל "חן האשה"): דער אייבערשטער מאכט: "אֲפִילוּ הִיא מְכֹעֶרֶת נוֹשֵׂאת חֵן בְּעֵינָיו", אפילו א מיאוס'ע פרוי מאכט דער אייבערשטער זי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; דער אייבערשטער מאכט אז עס זאל זיין חן צווישן מאן און ווייב אזוי קען די וועלט אנגיין. אין אנהייב ציט נאר דאס אויסזען און צוביסלעך בויעט מען אויף א שטארקע טיפע ליבשאפט איינער צום צווייטן און מען ציט אויף קינדער און אייניקלעך, דער ליבשאפט ווערט שטערקער און טיפער ווי דאס ליבשאפט וואס האט זיך אנגעהויבן נאר פונעם אויסזען.


פארשטייט זיך אז דאס אלעס קען נאר ארבעטן אז מען היט זיך די אויגן, ווייל אז מען האט נישט קיין שמירת עינים ווערט מען קיינמאל נישט זאט, אזוי ווי חז"ל דערציילן (תמיד לב:): דער גרויסער קעניג אלכסנדר מוקדון איז אמאל אנגעקומען צום טויער פון 'גן עדן', ער האט געקלאפט אויפן טיר מען זאל אים עפענען, האט מען אים געזאגט (תהלים קיח, כ): "זֶה הַשַּׁעַר לַה' צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ", דעם טיר עפענט מען נאר פאר ערליכע אידן, דא קומען אריין נאר צדיקים; האט ער זיך געבעטן: "איך בין דאך א קעניג, עפענט מיר", האט מען אים געעפענט די טיר. ער האט געבעטן מען זאל אים געבן עפעס פון 'גן עדן', זאגן חז"ל: "יְהַבוּ לֵיהּ גּוּלְגָּלְתָּא חֲדָא", האט מען אים געגעבן א שטיינדל. ער האט געוואלט וויסן ווי חשוב דער שטיין איז, ווי סאך דאס וועגט, "אַתְיָיהּ תַּקְלֵיהּ לְכוּלֵּיהּ דַּהֲבָא וְכַסְפָּא דִּידֵיהּ בַּהֲדֵיהּ לֹא הֲוָה מַתְקָלֵי", האט ער גענומען דעם שטיינדל און עס געלייגט אויף איין זייט פונעם וואגשאל און זיין גאנצע גאלד און זילבער אויף די אנדערע זייט, און דער שטיינדל האט אלץ אראפ געוואויגן, ער האט זיך זייער געוואונדערט וואס דאס איז, "אָמַר לְהוֹן לְרַבָּנָן מַאי הַאי", איז ער געקומען צו די הייליגע חז"ל און זיי געפרעגט וואס איז פשט פון דעם שטיינדל וואס וועגט מער פון אלעס? "אָמְרִי, גּוּלְגָּלְתָּא דְּעֵינָא דְּבִישְׂרָא וְדָמָא דְּלֹא קָא שָׂבַע", האבן אים די הייליגע חכמים ז"ל געזאגט: דאס איז נישט קיין שטיינדל, דאס איז אן אויג פון א מענטש וואס ווערט נישט זאט, נאר וואס ער פארמאגט דארף ער אלץ נאך, "אָמַר לְהוּ מִמַּאי דְּהָכִי הוּא?" אלכסנדר מוקדון האט נישט געגלייבט די חכמים, האט ער זיי געבעטן זיי זאלן אים אויפווייזן אז עס איז טאקע אזוי, האבן די חכמים גענומען א שטיקל שארב און עס ארויף געלייגט אויפן אויג, און די וואגשאל האט זיך גלייך אראפ געלייגט אויף די אנדערע זייט, האבן זיי אים געוויזן מיט דעם אז ווי לאנג א מענטש לעבט און די אויג איז אים אפען, גלוסט ער פאר זאכן וואס ער האט נישט, אבער איינמאל מען שטארבט און מען דעקט צו די אויג מיט א שארב דעמאלט דארף מען שוין גארנישט.


עס איז נישט קיין פראבלעם אז דיין ווייב זאל זיך שיין מאכן פאר דיר; אפילו אין גאס צווישן מענטשן גייט זי אנגעטון ווי זי האט געזען ביי אירע עלטערן, דאך קען זי זיך אהערשטעלן פאר דיר וכו', אבער מיין נישט פאר קיין איין רגע אז דער וואס האט שוין וואס ער חלומ'ט זיך דער האט נישט קיין נסיונות; טראכט נישט אז די וואס האבן א פרוי וואס גייט ווי דו משל'סט זיך אויס די זענען צופרידן, ווייל ליבשאפט צו די ווייב קומט נאר אויב מען פירט זיך מיט יראת שמים. נאר ערליכע אידן האבן שלום בית, נאר די וואס לעבן מיט די תורה האבן ליב זייער שטוב; דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן און מען לעבט ווי די תורה זאגט דעמאלט איז דא שלום בית.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער און דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע מעלות וואס דיין ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד): ווען דער אייבערשטער מאכט שידוכים נעמט ער ארויס געפאנגענע פון זייער תפיסה, א בחור און א מיידל פאר זיי האבן חתונה זענען זיי אין זייער תפיסה, און ווען דער אייבערשטער מאכט פאר זיי א שידוך נעמט ער זיי ארויס פון זייער געפענגעניש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", פרעגן חז"ל: וואס מיינט "בַּכּוֹשָׁרוֹת"? נאר דאס זענען צוויי ווערטער: "בְּכִי" וְ"שִׁירוֹת"; איינער וויינט און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן.


אן ערליכער איד דאנקט יעדן אינדערפרי דעם אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט, יישר כח אייבערשטער אז איך האב א ווייב, יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אליין, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב איז געזונט, יישר כח אייבערשטער אז מיר האבן קינדער, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב טראגט די אחריות אויף די קינדער"; און מען בעט אויף ווייטער: "העלף מיר אייבערשטער אז מיר זאלן אויפשטעלן אינאיינעם ערליכע אידישע דורות, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זען איינער אויפן צווייטן נאר די מעלות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא עפעס הנאה פון עולם הזה, איך זאל געדענקען אז דער לעבן גייט אריבער, אז נאך אביסל גיי איך שוין צוריק צו דיר און נאר די ערליכע דורות וועט איבערבלייבן פון מיר".


זאג דיר אליינס די מעלות פון דיין ווייב, וועט אריין גיין ליבשאפט אין דיר; הער שכל וואס די חז"ל זאגן אונז (כתובות יז.), די בית הלל זאגן אז מען זאל זאגן פאר יעדן חתן: "דו האסט באקומען א שיינע ערליכע כלה", פרעגט די גמרא אויב די כלה איז א הינקעדיגע אדער א בלינדע איז דאס דאך ליגנט, ווי מעג מען זאגן ליגנט? זאגן חז"ל אז כדי צו מאכן שלום מעג מען אפילו עס איז נישט אמת; אפילו זי האט א פעלער זאל מען איר אויסלויבן אזוי וועט דער חתן איר ליב האבן.


זעט מען פון דעם אז אפילו א מענטש איז פול מיט חסרונות, אויב זאגט מען אים אז דאס איז גוט און שיין ווערט עס אין זיינע אויגן שיין און גוט; דאס זעלבע קען מען זיך אליינס אויסלויבן, מען דארף זיך אליינס זאגן אלע מעלות וואס מען האט און אלע מעלות וואס די ווייב האט, אזוי וועט מען האלטן פון זיך און פון די ווייב.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל ווי אזוי זיך צו פירן, וועסטו האבן דעם 'גן עדן' אויף דער וועלט.


א גוט יום טוב.

#3 - ס'קומט זומער, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט שמירת עינים?
שמירת עינים, קדושה, זומער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט די זומער טעג, און איך הויב שוין אן שפירן ווי איך ווער משוגע, די ווינטער האט זיך ברוך ה' פארצויגן און ס'איז געווען אביסל גרינגער מיט שמירת עינים, ווען עס קומט אבער יעצט די הייסע זומער טעג הויבט זיך אן מיינע פראבלעמען. איך האב ב"ה א וואוילע פיינע ווייב, עס העלפט מיר אבער נישט צופיל. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן? ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן הייליגע ערליכע אויגן? אלע עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א העלפן מיר, אבער נישט עכט ווען עס קומט די זומער טעג.


יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אלע אינעם זעלבן צרה; עס קומט זוממער און די גאסן ווערן שרעקליך. מען קען ממש נישט גיין אין גאס, די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש מען זאל קוקן וואו עס גליסט זיך, ביז ער קילט נאכדעם אפ דעם מענטש פון זיין אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו, ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיטן יצר הרע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל מען זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּך שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. דער רבי זאגט (שם): אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


נאך אן עצה געבט אונז דער הייליגער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן ווען מען גייט אין גאס מיט ראיות אסורות זאל מען זאגן פאר מען גייט ארויס פון שטוב דעם פסוק (ישעיהו לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", דורך דעם וועט ער געראטעוועט ווערן; אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים, ווען זיי גייען ארויס פון שטוב, בשעת מען קישט די מזוזה און מען האלט די האנט אויפן מזוזה זאגט מען דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריק קומען געזונטערהייט.


פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו אזוי טון, לייג ארויף דיין האנט אויפן מזוזה און זאג דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זיך היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט, ברענג מיר צוריק אהיים בשלום"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, דאס וועט דיר ראטעווען פון שלעכטס.


מען האט אמאל געהערט ווי א ברסלב'ער איד גייט אין גאס זוממער און מורמעלט זיך אונטער: "איך וויל קינדער וואס וועלן ארויס געבן ספרים", "איך וויל קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן", האט מען אים געפרעגט: "מַה מָקוֹם לִתְפִלָּה זוּ?" וואס איז פשט פון בעטן דא אויפן גאס פאר קינדער וואס וועלן מחדש זיין חידושי תורה, האט ער געענטפערט: "איך רעד צו מיר אליין; איך האב יעדע סעקונדע א גרויסע תאוה אויפצוהייבן מיינע אויגן און קוקן אויפן גאס וכו', עס איז מיר זייער שווער צו היטן מיינע אויגן, אבער איך דערמאן זיך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה; דערפאר רעד איך צו מיר אליינס, איך חזר צו מיר אז עס לוינט זיך ענדערש אראפ צו קוקן, ווייל אזוי וועל איך האבן קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - איך ארבעט אין א געשעפט, און ס'איז מיר שווער צו היטן די אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


איך ארבעט אין א געשעפט, און איך דארף כסדר האנלען מיט פרויען, און עס איז מיר זייער שווער מיט שמירת עינים. איך בין געווען זומער אין קעמפ על מי מנוחות, איך בין געווען ארומגענומען מיט קינדער א גאנצע טאג, און ס'איז געווען זייער גוט. אבער יעצט בין איך צוריק געקומען אין שטאט, איז מיר זייער שווער צו היטן די אויגן, סיי אויף די גאס און בפרט אין געשעפט וואו איך בין א גרויס חלק פון טאג.


יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואוינט אין ברסלב אויפן גאס וואו דער מארק פלעגט זיין, און ער האט שטענדיג געהאלטן די פענסטער און די פירהאנג פארמאכט; בדרך כלל איז שטענדיג דא א רעש וכו' ביי דער פלאץ וואו דער מארק איז, מיט דעם אלעם איז ר' נתן קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום פענסטער קוקן וואס עס טוט זיך אין גאס. איינמאל איז געווען זייער א גרויסער און אומגעווענליכער רעש, ר' נתן איז געזיצן ביי זיך אין שטוב און געשריבן זיינע חידושי תורה, און ווען ער האט געהערט די הויכע קולות, ווי מען שרייט, האט ער אראפ געלייגט דעם פעדער, און געוואלט גיין קוקן וואס עס גייט פאר, ווען ער האט זיך שוין אויפגעשטעלט צו גיין קוקן, האט ער אנגעכאפט דעם טיש און געזאגט צו זיך אליין: "נתן נתן... איין קוק ווייניגער אויף די וועלט – איז פארט בעסער", און ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט. ר' נתן זכרונו לברכה איז צוגעקומען צו האבן ישוב הדעת, ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז עס איז דיר זייער שווער צו היטן די אויגן, געב איך דיר אן עצה, אז דו זאלסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל דיר העלפן, דו זאלסט זוכה זיין צו האבן שמירת עיניים. פאר דו גייסט ארויס פון שטוב צו גיין צו דער ארבעט, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן אפגעהיטענע אויגן. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה, שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב און ער האט מורא אז ער וועט נכשל ווערן נישט צו היטן די אויגן, זאל ער זאגן דעם פסוק הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן, און אזוי וועט ער זיך קענען היטן די אויגן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב, זאל ער לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קורצע תפילה: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל צוריק קומען בשלום, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו'", און אזוי וועט ער מצליח זיין; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג צו זיין אפגעהיטן, נאר אז מען בעט אסאך דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אז דער אייבערשטער איז דא אויף דער וועלט, און אז מיר קענען זיין ערליכע אידן אפילו מיר זענען פשוט'ע מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה א, כא) בית שמאי און בית הלל קריגן זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, דער הימל צי דער ערד, בית שמאי האלטן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפן דער הימל און נאכדעם דער ערד, און בית הלל זאגן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפען דער ערד און נאכדעם דעם הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵי נֶחְלְקוּ אָבוֹת הָעוֹלָם עַל בְּרִיאַת שָׁמַיִם וָאָרֶץ, שֶׁאֲנִי אוֹמֵר שָׁמַיִם וָאָרֶץ לֹא נִבְרְאוּ אֶלָא כְּאִלְפָס וְכִיסּוּי, איך וואונדער זיך אויף די גרויסע צדיקים - די בית שמאי און בית הלל וואס קריגן זיי זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, איך האלט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די ערד מיט די הימל ביידע צוזאמען, אזוי ווי א טאפ מיט איר דעקל". מוהרא"ש איז דאס זייער שיין מסביר, אז די בית שמאי האלטן, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די הימלען, ווייל שמים ווייזט אויף רוחניות, צו ווייזן פארן מענטש אז דער עיקר איז נאר 'שמים', זיין א 'הימל מענטש' - אויסגעטון פון דער וועלט, און בית די בית הלל זאגן: ניין, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די ערד, צו ווייזן אז מען דארף זיין דא אויף דער ערד, און נאכדעם גייט מען צום הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "איך פארשטיי נישט וואס איז די גאנצע מחלוקה, מען קען זיין דא אויף דער וועלט און זיין אויבן - טראכטן פונעם אייבערשטן און דאווענען און לערנען. און מען קען זיין אויבן - זיין דבוק צום אייבישטער, דאווענען און לערנען און זיין אויף דער ערד - חתונה האבן און האבן קינדער און זיי מפרנס זיין וכו' וכו'; דאס האט מוהרא"ש אריינגעברענגט אין אונז, אז מען קען זיין אן ערליכער איד אפילו מען ארבעט, און אפילו מען איז א גאנצן טאג פארנומען צו ברענגען פרנסה - דאך קען מען זיין דבוק צום אייבערשטן, דארט ביי די ארבעט.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם מיט צו דיין ארבעט א זעקל ספרים, פאק דיר איין א חומש, מיט א קליינע משניות'ל, א תהילים וכו', און ווען דו האסט א איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן א פרק משניות, א דף גמרא וכו'. געווענליך האבן נישט די בעלי בתים ליב צו זען ווי זייער ארבעטער לערנט וכו', אבער אנשטאט צו שטיין ווי א גולם און נאכקוקן יעדע פרוי וכו', אנשטאט צו שטיין און קוקן וכו', זאלסטו אריין כאפן א קאפיטל תהילים, א פסוק חומש.


מיר האבן די וואך אין די תוכחה, וואס דער תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים; מען זעט אינגעלייט ווערן פשוט משוגע פון קוקן שמוץ, עד כדי כך אז ער שטייט און קוקט נאך פרויען און מיידלעך אן קיין בושה, עס איז דא וואס פארלירן נעבעך זייער שכל אינגאנצן, זיי קענען שטיין שעות און פרובירן אריין קוקן אין א פענסטער אפשר וועט ער זען וכו', וואס באמת איז עס איין גרויסע דמיון, ווייל מען האט פון דעם גארנישט נאר בזיונות.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ח): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת" ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט אויף קיין שלעכטס, ווערט ניצל פון בזיונות; דאס אליין דארף דיר העלפן ביישטיין דיינע נסיונות, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז בעסער זיך צו היטן די אויגן ווי צו האבן נאך א בזיון.


שטארק דיך און ווער נישט צופאלן ווען דו זעסט אז דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דו זאלסט נאכאמאל און נאכמאל צוריק גיין צום אייבערשטן, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון - דער יצר הרע ברענט אין מיר, העלף מיר איך זאל זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, רבונו של עולם איך שטיי דא אין געשעפט ווייל איך דארף אהיים ברענגען פרנסה, איך דארף אויסהאלטן מיין ווייב און קינדער, מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין בית המדרש, עס איז מיר אזוי שווער דא, איך דארף מיר פשט רייסן צו זיין אן ערליכער איד...." אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט אייגענע תפילות איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל ווייל עס קומט ארויס גלייך פון הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - איך קען נישט היטן מיינע אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

פון אהרן.
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.
איך בין א בחור וואס איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן א יאר צוריק. איך פרוביר צו זיין ערליך, איך דאווען און איך לערן יעדן טאג, אבער איך קען זיך נישט היטן די אויגן. איך זע אז לעצטנס איז מיר נאך פיל מער שווערער זיך צו אויגן, מער פון אמאל.
איך בעט אייך, האט רחמנות אויף מיר, און געבט מיר חיזוק אויף דעם אז איך זאל קענען היטן מיינע אויגן ווי עס דארף צו זיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד הבחור אהרן ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר פארוואס עס קומט דיר אן היינט אסאך שווערער דיין שמירת עינים, מער ווי אמאל פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן וכו', און דו זאגסט מיר אז דו האלסט עס נישט אויס וכו'; איך וועל דיר פארציילן א שיינע מעשה וואס דאס וועט דיר זיין א שטארקע חיזוק. חז"ל פארציילן (סוכה נב.) אז אביי האט אמאל געהערט ווי א מענטש שמועסט זיך אפ מיט א פרעמדע פרוי צו גיין צוזאמען שפאצירן צו א צווייטע שטאט, האט אביי געזאגט 'איך וועל גיין אונטער זיי, און אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט טון קיין עבירה', ער איז זיי נאכגעגאנגען דריי פרסה, און ווען זיי זענען אנגעקומען אין שטאט האבן זיי געזאגט איינער צום צווייטן: "א שאד אז מיר דארפן זיך שוין צעטיילן נאך אזא געשמאקע שמועס", האט אביי געזאגט צו זיך: 'איך וואלט נישט געקענט ביישטיין אזא ניסיון', און אביי איז זייער צעבראכן געווארן, ער איז געבליבן שטיין ביים טיר פון שטאט, און נישט געוואלט אריין גיין - פון גרויס צעבראכנקייט, אז דא זעט ער צוויי פשוט'ע מענטשן גייען צוזאמען א לאנגע שטילע וועג, און זיי זענען שטארק ביי זיך נישט צו טון קיין עבירה, און ער ווייסט ביי זיך אז ער וואלט דאס נישט געקענט ביישטיין וכו'. איז געקומען צו גיין אליהו הנביא, און אים געזאגט: "שטארק דיר אביי, און זיי נישט צעבראכן, ווייל "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו", ווי גרעסער א מענטש איז אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער".


דאס זאג איך דיר אויך טייערער אהרן ני"ו, שטארק דיר, און ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט אז דו האסט גרויסע נסיונות וכו'; דו טראכסט 'אמאל האב איך נישט געהאט די סארט שווערע נסיונות', דאס איז, ווייל אמאל ביסטו נישט געווען אזוי שיין און שטארק מיט דיין אידישקייט אזוי ווי היינט צו טאגס, דערפאר וויל דיר דער יצר הרע אראפ ווארפן; דו ביסט געווען יארן ביים יצר הרע אין טאש, פלוצלינג האסטו אויפגעשניטן א לאך אין זיך ארויס געכאפט פון דארט, וואס טראכסטו, אז דער יצר הרע וועט דיר אפלאזן? וואס מיינסטו, דער יצר הרע וועט דיר נישט וועלן צוריק כאפן צו זיך אין קעשענע?


אבער זארג נישט טייערער אהרן ני"ו, דער הייליגער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח: "אין שום יאוש בעולם כלל", עס איז נישט דא קיין יאוש; און ר' ישראל קארדונער ז"ל פלעגט זאגן: "איינמאל דער רבי האט געשריגן 'קיין יאוש איז נישט פארהאנען', קען דער ס"מ טאנצן פון דער ערד ביזן הימל, און עס וועט אים גארנישט העלפן". שטארק דיר, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן, און דו וועסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.


קוק צוריק וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאלפן די ישיבה האבן זייער שיין חתונה געהאט; דער רבי באצאלט סיי אויף דער וועלט סיי אויף יענע וועלט.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט אי"ה אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב בקרוב, אמן.


זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.