שאלה אין קורצן ענין
#947 - מזל טוב צום געבורט פונעם ערשטן אייניקל
שמחות, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, איך בין אבער א תלמיד פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך לעב אויף די שיעורים וואס ווייזן מיר א וועג אין לעבן אויף טריט און שריט.


איך האב געוואלט אנוואונטשן א ברכת מזל טוב צום געבורט פון אייער אייניקל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך אידיש נחת פון דעם אייניקל, און פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, אין זכות וואס איר טוט אזויפיל פאר אידישע קינדער, זאל דער אייבערשטער אייך באצאלן מיט אלעם גוטען ביי אייערע קינדער.


וואונטש א תלמיד וואס איז זיך מחי' מיט יעדן שיעור באזונדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך נעם אן אלע ברכות, והמברך יתברך; דו זאלסט זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.


אז דו פאררופסט זיך א תלמיד פון רבי'ן וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און עוסק זיין אין הפצה. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, "וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים'", דער רבי האט געשריגן אויף אונז: 'איר זענט טריקענע ביימער', "עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", ווייל איר ברענגט נישט נאך אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון הפצה; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי כתובות, דף סו): ריש לקיש האט געפאסט דריי הונדערט תעניתים ער זאל זוכה זיין צו קענען זען רבי חייא, נאך אלע תעניתים האט ער נישט זוכה געווען אים צו זען און ער האט געהאט חלישות הדעת דערפון, ער האט געפרעגט: "פארוואס בין איך נישט זוכה צו זען רבי חייא, איך האב אויך געלערנט פלייסיג די הייליגע תורה, האט דען רבי חייא געלערנט מער פון מיר?!" האט מען אים געענטפערט: "דו האסט געלערנט מער פון רבי חייא, אבער ער האט אריין געברענגט תורה אין אידישע קינדער מער ווי דיר, און נישט נאר דאס, נאר רבי חייא איז געגאנגען גלות ליידן כדי צו לערנען, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל". האט ריש לקיש פארשטאנען אז דאס גרויסקייט פון רבי חייא איז געווען ווייל ער איז געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה, האט ער געזאגט: "רבונו של עולם, איך בין אויך געגאנגען אין גלות כדי צו לערנען תורה", האט מען אים געענטפערט: "דו ביסט געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה פאר דיר, אבער רבי חייא איז געגאנגען אין גלות פאר א צווייטן, ער איז ארום געגאנגען אויסלערנען תורה פאר אידישע קינדער"; דאס טון די מפיצים, זיי גייען אין גלות טאג און נאכט אריין צו ברענגען תורה און אמונה אין אידישע קינדער.


מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן; אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט אים נישט?!" די מעשה האט זיך אפגעשפילט ווען רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אין באגלייטונג פון רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אויפ'ן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכז): מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים, אז זיי זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זען ווי רבי נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, דעמאלט האט אים רבי נתן געזאגט די ווערטער: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#946 - וועל איך נאך אמאל זיין אן ערליכער איד?
תשובה, עבירות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 16 יאר, בערך א יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב", איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, איך האב זיך מחזק געווען מיט התבודדות און דרך הלימוד, פשוט ווייל דאס האט גערעדט צו מיר, איך האב אבער נישט פארשטאנען וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזויפיל פון נסיונות און שמירת עינים, איך האב אלץ געטראכט אז די וואס היטן זיך ספעציעל די אויגן אויף די גאס דארפן פשוט אביסל אויפמערקזאמקייט.


אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט, ביז איך האב באקומען איינמאל צוטריט צו אן אפענעם טעלעפאן, איך האב אנגעהויבן קוקן זאכן וואס מ'טאר נישט, און פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן גיין בארג אראפ, מיינע אויגן זענען געווארן אפן און איך האב נאר געוואלט זען נאך און נאך שלעכטס וואו און ווי אזוי איך האב נאר געקענט, איך האב זיך אנגעהויבן דרייען אין די פארקס זוכן עבירות, און ליידער האב איך זיך אנגעטראפן מיט גוים וואס האבן געוואלט טון עבירות, און אזוי פאל איך ליידער מער און מער.


איך האב כסדר עליות און ירידות, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד און א נארמאלער מענטש, איך וויל נישט אויפוואקסן א מנוול וואס לויפט נאך שמוץ א גאנצן טאג, איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט טרערן אין די אויגן אז איך דארף אן עצה, איך האב שוין באקומען אסאך עצות פון מענטשן, ווי למשל צו לערנען פערציג טעג חסידות, און נאך עצות, דערווייל האט מיר אבער גארנישט געהאלפן, איך דארף אן עצה מיט א פאר זיכערונג אז איך וועל שנעל געהאלפן ווערן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מן הסתם ווייסטו נישט וואס פאסירט ווען מען זינדיגט אין די עבירה, ווייל ווען דו וואלסט געוואוסט נאר א פראצענט וואס מען ליידט זיך צאם פון פוגם זיין בברית וואלסטו נישט געגאנגען אין פארק זוכן גוים צו טון עבירות השם ישמרינו.


וויסן זאלסטו אז ווי מער מען איז פוגם בברית ווערט מען אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך די אויגן ווערן אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו" און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד).


די עבירה פון פגם הברית הרג'ט דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן זיי (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", דאס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים, אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


ווען מען איז פוגם בברית פארלירט מען אלעס; מען פארלירט דעם שידוך וואס איז אנגעשריבן און אפילו מען האט שוין א שידוך פארלירט מען דעם שלום בית (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז); פארוואס זאלסטו פארלירן דיין שידוך? פארוואס זאלסטו פארלירן דיין לעבן?


טראכט נישט אז דו קענסט זיך אויסבאהאלטן פון מענטשן אין א פארק וכו'; דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אז ווער עס היט זיך נישט ווערט נאכדעם זייער פארשעמט. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", אדער האט דער מענטש נסיונות און ער בלייבט מיט די נסיונות, אדער אויב חס ושלום ער פאלט אראפ ווערט נאכדעם גרויסע בזיונות.


איך האב געליינט דיין פראגע אפאר מאל און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווי קומט דאס אז א איד וואס איז הייליג און לויטער זאל האבן צו טון מיט א גוי טמא ומטמא?! מען זעט קלאר וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס עס גייט אריין אין אים א רוח שטות; עס האט דאך נישט קיין שום שכל וואס דו טוסט, עס איז אריין אין דיר א רוח שטות השם ישמרינו.


די עצה פאר דיר איז דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט ווי א משוגענער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגענער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן זינדיגן.


א משוגענער פארשטייט נישט ווען מען רעדט צו אים, א משוגענער פארשטייט נאר איין שפראך, ווען ער זעט דעם שטעקן דעמאלט פאלגט ער. דאס זעלבע איז מיט דיר, אז דער יצר הרע האט דיר אזוי אריין געכאפט אין זיין נעץ דארפסטו נעמען דעם שטעקן און זיך שלאגן מיט דעם. נעם א משניות און הייב אן לערנען איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח, זאלסט זאגן די ווערטער אן פארשטיין, דאס וועט דיר ראטעווען און אפוואשן פון די עקלדיגע עבירות. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד".

#945 - וואס האט מוהרא"ש זי"ע געהאלטן וועגן שייטלעך?
צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס האט מוהרא"ש זי"ע געהאלטן וועגן שייטלעך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט זייער אסאך מאל אין ספר אשר בנחל איבער דאס הארבקייט פון בלייבן מיט די אייגענע האר נאך די חתונה; ענדערש זאל מען טראגן א שייטל ווי איידער טראגן א טיכל און גיין מיט די אייגענע האר. עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען טראגן א טיכל און גיין מיט די אייגענע האר ווי צו טראגן א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש טראגן א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער צו טראגן צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע משפחות אז מען גייט מיט די אייגענע האר, היימישע ווייבלעך לאזן זיך וואקסן די האר; דאס קומט ווייל מען ווייסט נישט וואס פאר א צרות דאס ברענגט אויף די גאנצע שטוב. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי", א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ", אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ", וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה", און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר", און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ", זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא", איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא", און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא", און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין ביי איר אין שטוב, "מַאן גָּרִים דָּא", ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר", די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


בנוגע די לענג פונעם שייטל וכו'; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט גיין מיט א שייטל לענגער ווי די אקסלען. ביי אלע שיעורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם פלעגט ער קלאפן מיט זיינע הענט אויפ'ן אקסל, נישט לענגער פונעם אקסל.


וואויל איז די פרוי וואס גייט צניעות'דיג און פירט זיך איידל, וועט זי זוכה זיין צו די ברכה וואס וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#944 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט האבן קיין טעלעפאן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, טעלעפאן, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.


די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.


פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.


חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.


אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.


חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.


אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#943 - זאל מען אויסלערנען פאר קליינע קינדער דעם סדר דרך הלימוד?
חינוך הילדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע לעבן וואס איר האט מיר געגעבן, ובפרט פאר'ן סדר דרך הלימוד.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך בין א מלמד פאר אכט יעריגע קינדער. איך זע אסאך מאל קינדער וואס מוטשען זיך זייער צו פארשטיין דאס לערנען, וויל איך וויסן אויב איך מעג זיי אויך זאגן איבער'ן סדר דרך הלימוד, אז זיי קענען זאגן אפילו אן פארשטיין, אדער דארפן יונגע קינדער זיך יא מוטשען מער און פרובירן צו פארשטיין?


און אויב מעג מען זיי יא זאגן, זאל איך עס זאגן נאר שטילערהייט פאר די געציילטע קינדער וואס מוטשען זיך, אדער זאל איך עס זאגן ברבים פאר די גאנצע קלאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) איז זייער גוט פאר קינדער זיי זאלן אויסנוצן די פרייע צייט, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון לערנען מיט זיי אין חדר; מיט קינדער פון אכט יאר אלט דארף מען לערנען חומש און משניות, זיי זאלן זיך אויסלערנען ווי אזוי מען לערנט.


מיט די קינדער וואס מוטשען זיך צו פארשטיין דארף מען לערנען שטייטליך, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דער אייבערשטער העלפט אז זיי הייבן אן צו פארשטיין ווי אזוי מען לערנט.


איך שיק דיר א בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן צען יאר צוריק (דער בריוו איז געדרוקט אין אשר בנחל-אידיש חלק ג, מכתב רסג); א מורא'דיגע בריוו ווי אזוי מען לייגט אראפ דעם פונדאמענט פאר א תלמוד תורה און וואס מען דארף לערנען מיט קינדער אין יעדע כתה; דער בריוו וועט דיר זיין א גרויסער חיזוק.


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ב' לְסֵדֶר מַסְעֵי, כ"ג תַּמוּז ה'תשע"א.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה 


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


אַזוֹי וִוי דוּ הָאסְט מִיר גֶעשְׁרִיבְּן דָאס דוּ הָאסְט זֵייעֶר לִיבּ וֶוען אִיךְ זָאג דִיר אָפְן וָואס צוּ פַארֶעכְטֶען אוּן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן וְכוּ' וְכוּ', הָאבּ אִיךְ זִיךְ מְיַישֵׁב גֶעוֶוען אִיךְ וֶועל דִיר שְׁרַייבְּן אַפָּאר נְקוּדוֹת כְּדֵי עֶס זָאל זַיין אַ תּוֹעֶלֶת פַאר דִיר, אוּן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם וָואס עֶר פִירְט אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה.


וִויסְן דַארְפְסְטוּ וִויסְן דָאס דֶער הֵיילִיגְסְטֶער זַאךְ בַּיי דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער אִיז תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, וָואס נָאר אִין זֵייעֶר זְכוּת שְׁטֵייט דֶער וֶועלְט, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (כַּלָה רַבָּתִי, פֵּרֶק ב') תָּאנָא בְּכָל יוֹם מַלְאָךְ יוֹצֵא מִלִפְנֵי הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם וּלְהָפְכוֹ לִכְמוֹת שֶׁהָיָה, אֶלָא כֵּיוָן שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן וּבְתַלְמִידֵי חֲכָמִים שֶׁיוֹשְׁבִים בְּבָתֵּי מִדְרָשׁוֹת, מִיַד נֶהְפַךְ כַּעְסוֹ לְרַחֲמִים.


זֶעט מֶען פוּן דֶעם דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּן קִינְדֶערְלֶעךְ וָואס זֵיי לֶערְנֶען תּוֹרָה אִין חֵדֶר, וִוי חָשׁוּב דָאס אִיז. אַז מֶען מַאכְט אוֹיף אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה דַארְף מֶען וִויסְן אַז מֶען לֶערְנְט יֶעצְט נִישְׁט מִיט קִינְדֶערְלֶעךְ, נָאר מִיט הֵיילִיגֶע נְשָׁמוֹת, אוּן דִי שְׁכִינָה אִיז דָארְטְן.


אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען נֶעמֶען מְלַמְדִים נָאר יִרְאֵי הַשֵׁם וָואס זֵיי גֶעבְּן זִיךְ אָפּ מִיט דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי לֶערְנֶען מִיט זֵיי אַלֶ"ף בֵּי"ת, אוּן מֶען לֶערְנְט זֵיי אוֹיס וִוי צוּ דַאוֶוענֶען אִין סִידוּר, אוּן מֶען לֶערְנְט מִיט זֵיי חוּמָשׁ, אוּן מֶען לֶערְנְט מִיט זֵיי מִשְׁנַיוֹת, אוּן מֶען לֶערְנְט מִיט זֵיי גְמָרָא וְכוּ', דָאס הֵייסְט דִי יוּנְגֶע קְלַאסְן מוּזְן זַיין אָפְּגֶעטֵיילְט אֵיינְס פוּן דֶעם אַנְדֶערְן, כִּיתָּה א' אִיז דִי וִויכְטִיגְסְטֶע כִּיתָּה, מֶען לֶערְנְט אוֹיס דִי קִינְדֶער אַלֶ"ף בֵּי"ת, אוּן וִוי צוּ צַאמְשְׁטֶעלְן וֶוערְטֶער בִּיז זֵיי זָאלְן קֶענֶען דַאוֶוענֶען אִין אַ סִידוּר, אוּן זָאגְן דִי בְּרָכוֹת, דִי קְלַאס אִיז גָאר וִויכְטִיג, מֶען קֶען נִישְׁט נֶעמֶען אַ מְלַמֵד וָואס שְׁפִּילְט זִיךְ אָפּ מִיט דִי קִינְדֶער אוּן בַּיים סוֹף קֶענֶען זֵיי אֲפִילוּ נִישְׁט קַיין עִבְרֵי וְכוּ' אוּן זֵיי בְּלַייבְּן בַּעֲלֵי מוּמִין אוֹיפְ'ן גַאנְץ לֶעבְּן, וִוי דוּ אַלֵיין הָאסְט שׁוֹין גֶעזֶען דֶערְוַואקְסֶענֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי קֶענֶען נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין עִבְרֵי וְכוּ'.


אִיבֶּערְדֶעם כִּיתָּה א' מוּז זַיין נָאר אֵיין קְלַאס נִישְׁט מִישְׁן גְרֶעסֶערֶע קִינְדֶער צוּם בֵּיישְׁפִּיל אַרַיינְלֵייגְן קִינְדֶער פוּן כִּתָּה ב' אָדֶער ג' וְכוּ', דָאס וֶועט נִישְׁט אַרְבֶּעטְן, אוּן דִי קִינְדֶער וֶועלְן בְּלַייבְּן בַּעֲלֵי מוּמִין אוֹיפְ'ן גַאנְץ לֶעבְּן, אִיבֶּערְדֶעם כִּיתָּה א' מוּז זַיין אַ עֶקְסְטֶערֶע קְלַאס, אֲפִילוּ עֶס זָאל נִישְׁט זַיין דָארְטְן נָאר צְוֵויי אָדֶער דְרֵיי קִינְדֶערְלֶעךְ.


אַזוֹי אוֹיךְ כִּיתָּה ב' דַארְף זַיין אַן עֶקְסְטֶערְן מְלַמֵד וָואס וֶועט אָנְהֵייבְּן לֶערְנֶען מִיט דִי קִינְדֶער חוּמָשׁ [בַּיי אוּנְז חֲסִידִים לֶערְנְט מֶען נָאר דִי פַּרְשַׁת הַשָׁבוּעַ, נִישְׁט כְּסִדְרָן], דִי קְלַאס כִּיתָּה ב' דַארְף אָנְהֵייבְּן צוּ לֶערְנֶען אֵיין פָּסוּק אוּן בִּיזְ'ן סוֹף יָאר דַארְפְן דִי קִינְדֶערְלֶעךְ שׁוֹין קֶענֶען צְוִוישְׁן אַכְצְן אוּן צְוָואנְצִיג פְּסוּקִים, פַארְשְׁטֵייט זִיךְ מֶען דַארְף הָאבְּן אַסַאךְ גֶעדוּלְד, אוּן דֶעם עֶרְשְׁטְן פָּסוּק דַארְף מֶען חַזְרְ'ן אָן אַ שִׁיעוּר מָאל, זָאגְן דֶעם פָּסוּק מִיט טַייטְשׁ, אוּן דֶער עִיקָר אִיז אַז דִי קִינְדֶערְלֶעךְ זָאלְן שְׁרֵייעֶן מִיט אַ בְּרֶען דֶעם פָּסוּק, אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ דֶער מְלַמֵד דַארְף זֵיי דֶערְצֵיילְן דִי פַּרְשָׁה פוּן דִי וָואךְ דָאס דִי קִינְדֶער זָאלְן וִויסְן וָואס עֶס רֶעד זִיךְ דִי פַּרְשָׁה.


כִּיתָּה ג' דַארְף שׁוֹין לֶערְנֶען מֶער פְּסוּקִים יֶעדֶע וָואךְ, וָוארוּם זֵיי זֶענֶען שׁוֹין צוּגֶעוואוֹינְט פוּן כִּיתָּה ב', אָבֶּער זֵיי דַארְפְן אָנְהֵייבְּן צוּ לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת אוֹיכֶעט, מֶען הֵייבְּט אָן אֵיין מִשְׁנֶה, אוּן מֶען חַזְרְ'ט עֶס אִיבֶּער אָן אַ שִׁיעוּר מָאל בִּיז זֵיי קֶענֶען עֶס אוֹיסְנְוֵויינִיג, אוּן נָאכְדֶעם נֶעמְט מֶען נָאךְ אַ מִשְׁנֶה אוּן נָאךְ אַ מִשְׁנֶה, אַלְץ שְׁטַייטֶעלֶעךְ, מֶען דַארְף נִישְׁט יָאגְן, קְלֵיינֶע קִינְדֶער מוּזְן קֶענֶען אוּן פַארְשְׁטֵיין וָואס זֵיי לֶערְנֶען.


[עֶס אִיז דָא וָואס זֵיי לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת מִיט דִי קְלַאס בָּבָא מְצִיעָא וְכוּ' אָבֶּער אִיךְ הַאלְט אַז עֶס אִיז כְּדַאי צוּ לֶערְנֶען אַ מְסֶכְתָּא וָואס עֶס וֶועט זַיין נָאנְט צוּ זֵייעֶר קֶעפֶּעלֶעךְ צוּ פַארְשְׁטֵיין, אוּן אוֹיסְמָאלְן, צוּם בֵּיישְׁפִּיל מַסֶכֶת סוּכָּה, סְ'אִיז הַיינְט דָא צוּ קְרִיגְן מִשְׁנַיוֹת מַסֶכֶת סוּכָּה מִיט בִּילְדֶער אוֹיף יֶעדֶע מִשְׁנֶה, אַזוֹי קֶען יֶעדֶער קִינְד פַארְשְׁטֵיין וָואס עֶר לֶערְנְט, אוּן עֶס וֶועט זַיין פַאר אִים אוֹיסְגֶעמָאלֶען וִוי אַזוֹי אַ סוּכָּה זֶעט אוֹיס, אוּן וָואס אִיז כָּשֵׁר, אוּן וָואס אִיז פָּסוּל וְכוּ' וְכוּ'].


אוּן כִּיתָּה ד' דַארְפְן שׁוֹין אָנְהֵייבְּן צוּ לֶערְנֶען גְמָרָא, מֶען הֵייבְּט אָן צוּ לֶערְנֶען פֵּרֶק הַמֵנִיחַ לַאנְגְזַאם אַפָּאר שׁוּרוֹת, אוּן מֶען אִיז דָאס גוּט גוּט מַסְבִּיר, אוּן מֶען חַזְרְ'ט עֶס אִיבֶּער אָן אַ שִׁיעוּר מָאל, בִּיז דִי קִינְדֶער קֶענֶען דָאס אוֹיסְנְוֵויינִיג.


דִי פִיר כִּיתּוֹת, כִּיתָּה א', כִּיתָּה ב', כִּיתָּה ג', כִּיתָּה ד', דַארְפְן הָאבְּן עֶקְסְטֶערֶע מְלַמְדִים, נִישְׁט מִישְׁן קַיין קְלַאסְן, אוֹיבּ מֶען וִויל הָאבְּן הַצְלָחָה מִיט דִי קִינְדֶער, אֲפִילוּ אִין יֶעדֶע קְלַאס וֶועט נִישְׁט זַיין מֶער וִוי צְוֵויי דְרֵיי קִינְדֶערְלֶעךְ דַארְף מֶען אוֹיכֶעט הַאלְטְן מְלַמְדִים, דִי אַלֶע גְרוֹיסֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה'ס הָאבְּן אַזוֹי אָנְגֶעהוֹיבְּן, עֶס אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ צָאלְן עֶקְסְטֶערֶע מְלַמְדִים, וַוייל סְ'אִיז גֶעוֶוען וִוינְצִיג קִינְדֶער אִין יֶעדֶע קְלַאס, אָבֶּער פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן זֶענֶען זֵיי גֶעוֶוען עַקְשָׁנִים, זֶענֶען דִי קִינְדֶער גֶעשְׁטִיגְן אוּן גֶעקֶענְט לֶערְנֶען.


(פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז יֶעדֶע קְלַאס מוּז אוֹיכֶעט לֶערְנֶען חוּמָשׁ פוּן דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה, כִּיתָּה ב' הֵייבְּט שׁוֹין אָן צוּ לֶערְנֶען דִי אוֹתִיוֹת פוּן רַשִׁ"י אוּן אַפָּאר וֶוערְטֶער בִּיז אַ פָּסוּק רַשִׁ"י, כִּיתָּה ג' הֵייבְּט שׁוֹין אָן צוּ לֶערְנֶען מֶער פְּסוּקִים רַשִׁ"י, כִּיתָּה ד' לֶערְנְט שׁוֹין נָאכְמֶער פְּסוּקִים רַשִׁ"י [פַארְשְׁטֵייט זִיךְ נָאר דִי רַשִׁ"י'ס וָואס עֶס רֶעדְן נִישְׁט פוּן דִקְדוּק, כְּדֵי דִי קִינְדֶער זָאלְן פַארְשְׁטֵיין דִי רַשִׁ"י פוּן דִי פְּסוּקִים]).


דִי פִיר כִּיתּוֹת אִיז דִי וִויכְטִיגְסְטֶע אִין לֶעבְּן פוּן אַ אִינְגְל, אוֹיבּ מֶען וִויל אַז דָאס קִינְד זָאל אוֹיפְוַואקְסְן אַ יוֹדֵעַ סֵפֶר מוּז מֶען לֵייגְן אַ דָגוּשׁ אוֹיף דִי עֶרְשְׁטֶע פִיר מְלַמְדִים, אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי קָאסְט דָאס גֶעלְט, אָבֶּער מֶען דַארְף אִינְזִינֶען הָאבְּן דִי תּוֹעֶלֶת פוּן דִי קִינְדֶער, נִישְׁט פוּן גֶעלְט, אָדֶער וָואס אַנְדֶערֶע זָאגְן וְכוּ' וְכוּ'.


אִיךְ הָאבּ אַזוֹי אָנְגֶעהוֹיבְּן מִיט אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה אִין יַבְנְאֵל, אוּן גֶעהַאט אוֹיסְנַאם הַצְלָחָה, אוּן פַארְגֶעס נִישְׁט דָאס אִיז קִינְדֶער פוּן סְפַרְדִ'ישְׁן אָפְּשְׁטַאם, אוֹיךְ קִינְדֶער פוּן בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה וְכוּ' וָואס לֵיידֶער זֵיי זֶעעֶן נִישְׁט אַ בֵּיישְׁפִּיל פוּן דִי זֵיידֶעס מִיט דִי בַּאבֶּעס וְכוּ', וָואס זֵיי זֶענֶען לֵיידֶער דֶערְוַוייל אִינְגַאנְצְן פְרֵיי, מְחַלְלֵי שַׁבָּתוֹת, אוֹכְלֵי טְרֵיפוֹת לֹא עָלֵינוּ וְכוּ', פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן הָאבּ אִיךְ אַוֶועק גֶעשְׁטֶעלְט אִין דִי פִיר קְלַאסְן גוּטֶע עֶרְלִיכֶע מְלַמְדִים, וָואס יֶעדֶער אֵיינֶער הָאט זִיךְ אָפְּגֶעגֶעבְּן מִיט זַיין קְלַאס, אַזוֹי הָאבְּן דִי קִינְדֶער גֶעהַאט הַצְלָחָה.


אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי אִיז דָא דִי אַלְטֶע קַשְׁיָא "כֶּסֶף מְנָלָן"? אָבֶּער אוֹיבּ מֶען וִויל הָאבְּן הַצְלָחָה מִיט אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה, מוּז מֶען אַזוֹי אָנְהֵייבְּן, אַנְדֶערְשׁ וֶועט עֶס נִישְׁט גֵיין.


כִּיתָּה ה' פַארְשְׁטֵייט זִיךְ לֶערְנֶען שׁוֹין מֶער חוּמָשׁ רַשִׁ"י אוּן מִשְׁנַיוֹת אוּן גְמָרָא, דֶעמָאלְט קֶען מֶען זֵיי צוּגֶעוואוֹינֶען זֵיי זָאלְן אָנְהֵייבְּן וֶוען זֵיי הָאבְּן אַ פְרֵייעֶ צַייט זָאגְן מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, נִישְׁט פְרִיעֶר בְּשׁוּם פָּנִים וָאוֹפָן, אוּן אוֹיכֶעט נָאר מִשְׁנַיוֹת זָאלְן זֵיי זָאגְן אִין דִי פְרֵייעֶ צַייט אָבֶּער נִישְׁט גְמָרָא זָאגְן.


כִּיתָּה ו' לֶערְנְט מֶען שׁוֹין מֶער חוּמָשׁ מִיט רַשִׁ"י מִיט מִשְׁנַיוֹת מִיט גְמָרָא, אוּן דֶעמָאלְט קֶענֶען זֵיי אָנְהוֹיבְּן צוּ זָאגְן שַׁ"ס נָאר אִין דִי פְרֵייעֶ צַייט, אוֹיבּ מֶען שְׁטֶעלְט אוֹיף אַ חֵדֶר אוֹיף אַזַא אוֹפָן, הָאבְּן דִי קִינְדֶער אַ אוֹיסְנַאם'דִיגֶע הַצְלָחָה, אִיךְ הָאבּ דָאס גֶעזֶען בַּיי מִיר אִין יַבְנְאֵל, דִי זֶעקְס כִּיתּוֹת זֶענֶען יְסוֹד הַיְסוֹדוֹת פוּן אַ אִידִישׁ קִינְד, אוּן אוֹיבּ מֶען וִויל אַז זֵיי זָאלְן אוֹיפְוַואקְסְן תַּלְמִידֵי חֲכָמִים אוּן עֶרְלִיכֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלֶעךְ, דַארְף מֶען נָאר אַזוֹי זִיךְ פִירְן.


פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז מֶען דַארְף זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן וָואסְפַארַא מְלַמְדִים מֶען נֶעמְט, בְּשׁוּם פָּנִים וָאוֹפָן טָאר מֶען נִישְׁט נֶעמֶען קַיין בָּחוּרִים פַאר מְלַמְדִים, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (קִידוּשִׁין פ"ב.) לֹא יִלְמַד אָדָם רַוָוק סוֹפְרִים [עַיֵין רַשִׁ"י, לֹא יִלְמַד רַוָוק סוֹפְרִים: רַוָוק פָּנוּי בְּלֹא אִשָׁה. סוֹפְרִים: מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת, כְּלוֹמֶר לֹא יַרְגִיל רַוָוק עַצְמוֹ לִהְיוֹת מִן הַסוֹפְרִים וְכוּ'], אוּן אַזוֹי וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין שֻׁלְחָן עָרוּךְ (אֶבֶן הָעֶזֶר, סִימָן כ"ב, סְעִיף כ') מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה לֹא יִלְמוֹד תִּינוֹקוֹת, מִפְּנֵי שֶׁאִמוֹת הַבָּנִים בָּאוֹת לְבֵּית הַסֵפֶר לִבְנֵיהֶם, וְנִמְצָא מִתְגַרֶה בְּנָשִׁים וְכוּ', עַיֵין שָׁם.


בִּכְלַל טָארְן זִיךְ נִישְׁט בָּחוּרִים זִיךְ דְרֵייעֶן בְּשׁוּם פָּנִים וָאוֹפָן צְוִוישְׁן דִי קִינְדֶערְלֶעךְ, [סְ'אִיז צְוֵויי עֶקְסְטֶערֶע וֶועלְטְן, בִּפְרַט גְרוֹיסֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי הָאבְּן לֵיידֶער דוּרְכְגֶעפַאלְן וְכוּ' אוּן זֵיי כַאפְּן זִיךְ צוּרִיק אוּן זֵיי זֶענֶען עוֹסֵק אִין גִירְסָא מִשְׁנַיוֹת גְמָרָא וְכוּ' וְכוּ', דָאס הָאט נִישְׁט צוּ טוּן מִיט קִינְדֶערְלֶעךְ וָואס זֵיי הֵייבְּן יֶעצְט אָן זֵייעֶר לֶעבְּן].


עֶס אִיז שְׁטְרֶענְג פַארְבָּאטְן דָאס בָּחוּרִים זָאלְן זִיךְ דְרֵייעֶן צְוִוישְׁן קִינְדֶערְלֶעךְ, וּמִכָּל שֶׁכֵּן נִישְׁט שְׁפִּילְן זִיךְ מִיט זֵיי, וּבִּפְרַט הַיינְטִיגֶע צַייטְן וָואס עֶס אִיז אַ הֶפְקֵר וֶועלְט דַארְף מֶען הִיטְן דִי קִינְדֶערְלֶעךְ זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן מִיט בָּחוּרִים וְכוּ', אֲפִילוּ אַ בִּמְקוֹם [סָאבְּסִיטוּט בְּלַעַ"ז] טָאר נִישְׁט זַיין אַ בָּחוּר.


וֶוען דִי קִינְדֶערְלֶעךְ עֶסְן טָאר אוֹיךְ נִישְׁט זַיין דָארְטְן קַיין בָּחוּרִים, נָאר אַ מְלַמֵד זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף זֵיי, אוּן בֶּענְטְשְׁן מִיט זֵיי, [אוֹיכֶעט יֶעדֶע קְלַאס לוֹיט אִיר שְׁטֵייגֶער, דִי עֶרְשְׁטֶע קְלַאס קֶען נִישְׁט בֶּענְטְשְׁן נָאר דִי עֶרְשְׁטֶע בְּרָכָה, אוּן אַזוֹי דִי צְוֵוייטֶע קְלַאס, בִּיז דִי דְרִיטֶע קְלַאס קֶען שׁוֹין בֶּענְטְשְׁן דָאס גַאנְצֶע בֶּענְטְשְׁן].


וֶוען מֶען בְּרֶענְגְט דִי קִינְדֶער צוּם חֵדֶר, אוּן וֶוען מֶען נֶעמְט זֵיי אַהֵיים פוּן חֵדֶר מִיט אַ בָּאס, טָאר אוֹיךְ נִישְׁט אַ בָּחוּר זִיצְן אוּן אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קִינְדֶער, וָוארוּם דִי מַאמֶעס וַוארְטְן אָפּ אוּן דָאס גֵייט אַרַיין אוֹיכֶעט אִין כְּלַל פוּן "לֹא יִלְמַד אָדָם רַוָוק סוֹפְרִים".


אִיךְ הָאבּ שׁוֹין גֶעזָאגְט זֵייעֶר אַסַאךְ מְלַמְדִים אוּן מְנַהֲלִים מֶען זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן וָואסֶערֶע נִיגוּנִים מֶען לָאזְט שְׁפִּילְן פַאר דִי קִינְדֶערְלֶעךְ, נָאר הֵיימִישֶׁע נִיגוּנִים, פוּן חֲסִידִישֶׁע בַּעַל מְנַגְנִים, נִישְׁט נִיגוּנִים פוּן הוּלְטַייעֶן וָואס מַאכְן נָאךְ גוֹיִם, אָדֶער זֵיי זִינְגֶען גוֹי'שֶׁע נִיגוּנִים, דָאס אִיז דִי אַרְגְסְטֶע זַאךְ וָואס עֶס קֶען זַיין, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (חַגִיגָה ט"ו:) אַחֵר מַאי, זֶמֶר יְוָונִי לֹא פָּסַק מִפּוּמֵיה; וִוי אַזוֹי אִיז אֱלִישָׁע וָואס וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן אַחֵר וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען קוֹדֶם אַזוֹי גְרוֹיס, עֶר אִיז גֶעוֶוען פוּן דִי פִיר וָואס זֵיי זֶענֶען אַרַיינְגֶעגַאנְגֶען אִין פַּרְדֵ"ס, דָאס הֵייסְט אִין דִי עוֹלָמוֹת הָעֶלְיוֹנִים, גֶעוֶוען דָבוּק אִין בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, וִוי אַזוֹי אִיז עֶר אַוֶועקְגֶעפַאלְן, וַוייל "זֶמֶר יְוָונִי לֹא פָּסַק מִפּוּמֵיה" עֶר הָאט גֶעזִינְגֶען גְרִיכִישֶׁע אַפִּיקוֹרְסִישֶׁע נִיגוּנִים, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן ג') אַז נִיגוּנִים פוּן רְשָׁעִים טוּט אוֹיסְרֵייסְן דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן זַיין שׁוֹרֶשׁ, אוּן עֶס אִיז זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ זַיין אַ עֶרְלִיכֶער אִיד מִיט דֶעם.


אִיבֶּערְדֶעם טָאר מֶען בִּכְלַל נִישְׁט זִינְגֶען דִי גֶעמֵיינֶע שְׁמוּצִיגֶע נִיגוּנִים פוּן דִי עֶקְלְהַאפְטִיגֶע זִינְגֶערְס, שָׁנָה וּפֵּירֵשְׁ'נִיקֶעס, הֵן מִיט בָּחוּרִים, אוּן מִכָּל שֶׁכֵּן נִישְׁט מִיט קִינְדֶערְלֶעךְ דִי הֵיילִיגֶע נְשָׁמָה'לֶעךְ, אַוַדַאי דַארְף מֶען אַרַיינְלֵייגְן אִין דִי קִינְדֶער אַסַאךְ דִי כֹּחַ הַנְגִינָה, אוּן אַזוֹי אוֹיכֶעט אִין בָּחוּרִים אַרַיינְלֵייגְן אִין זֵיי כֹּחַ הַנְגִינָה וְרִיקוּדִים, אָבֶּער אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט טְרֵיפָה'נֶע גוֹי'שֶׁע נִיגוּנִים, עֶס אִיז אוֹיף דֶעם נִישְׁטָא קַיין שׁוּם הֶיתֵּר.


אוֹיבּ אַחֵר וָואס אִיז גֶעוֶוען אֱלִישָׁע אֵיינֶע פוּן דִי פִיר וָואס זֶענֶען אַרַיין לִפְנֵי וְלִפְנִים וְכוּ' הָאט אִים גֶעשַׁאדְט דָאס זִינְגֶען גְרִיכִישֶׁע נִיגוּנִים, עַל אַחַת כַּמָה וְכַמָה אִין אוּנְזֶער דוֹר דַארְף מֶען זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דֶעם, וָוארוּם נְגִינָה אִיז בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער זַאךְ, אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן רע"ג) אַז מֶען דַארְף זִיךְ זֵייעֶר צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ זִינְגֶען אַ נִיגוּן, אוּן דָאס הֵייבְּט אוֹיף דִי נְשָׁמָה זֵייעֶר זֵייעֶר הוֹיךְ, אָבֶּער זֶעלְבְּסְט פַארְשְׁטֶענְדְלִיךְ נָאר נִיגוּנִים פוּן הֵיימִישֶׁע מְנַגְנִים.


אוֹיבּ דוּ וֶועסְט אוֹיפְבּוֹיעֶן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה אוֹיף דֶעם וֶועג וָואס דָא שְׁטֵייט, וֶועסְטוּ הָאבְּן גָאר אוֹיסֶערְגֶעוֶוענְלִיכֶע הַצְלָחָה, אוֹיבּ וֶועסְטוּ מִיר נִישְׁט פָאלְגְן, וֶועסְטוּ זֶען אַז דֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה וֶועט נִישְׁט הָאבְּן קַיין קִיוּם.


אִיךְ וֶועל מְחַיֵיב זַיין דִי אַלֶע וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעמוּזְט פַארְמַאכְן תַּלְמוּד תּוֹרָה'ס אָדֶער יְשִׁיבוֹת וְכוּ' וְכוּ', אִיךְ הָאבּ זִיךְ אַרַיינְגֶעצוֹיגְן אִין אַ שְׁטֶעטְל וָואס הֵייסְט יַבְנְאֵל, חִיצוֹנִיוּת אִיז דָאס דִי שֶׁענְסְטֶע פְּלַאץ אִין גַאנְץ אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אָבֶּער בִּפְּנִימִיוּת אִיז דָארְטְן דָאס אַרְגְסְטֶע פְּלַאץ אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וָוארוּם דָארְטְן הָאט מֶען מַעֲבִיר גֶעוֶוען עַל הַדַת צְוֵויי הֵיילִיגֶע עֵדוֹת, דִי תֵּימָנֶ'ער אִידְן, אוּן דִי תּוּנִיסֶ'ער אִידְן, דָארְטְן הָאט מֶען זֵיי אָפְּגֶעשְׁנִיטְן דִי פֵּיאוֹת, דָארְטְן אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר אוֹשְׁוִויץ וְכוּ' וְכוּ', אוּן דַיְיקָא דָארְטְן הָאבּ אִיךְ אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט אַ קְהִילָה קְדוֹשָׁה וָואס צֵיילְט זִיךְ שׁוֹין מֶער פוּן דְרֵיי הוּנְדֶערְט מִשְׁפָּחוֹת, אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה, אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, אַ יְשִׁיבָה קְטַנָה, אַ יְשִׁיבָה גְדוֹלָה, אַ כּוֹלֵל, אוּן אַ כּוֹלֵל לְהוֹרָאָה, אִין תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן אִין מֵיידְל שׁוּלֶע אוּן אִין קִינְדֶערְגַארְטְן הָאבְּן מִיר שׁוֹין הֶעכֶער זִיבְּן הוּנְדֶערְט קִינְדֶער.


דִי רִשְׁעוּת אוּן דִי אַכְזָרִיוּת וָואס מִיר שְׁטֵייעֶן דָארְטְן אוֹיס פוּן רְשָׁעִים אַרוּרִים, אִיז נִישְׁט צוּ בַּאשְׁרַייבְּן, עֶס קְרֶענְקְט זֵיי וִוי זֵיי זֶעעֶן לֶעכְטִיגֶע קִינְדֶערְלֶעךְ מִיט לַאנְגֶע פֵּיאוֹת, אִינְגֶעלַייט מִיט שְׁטְרַיימְל אוּן בֶּעקֶעטְשֶׁע מִיט וַוייסֶע זָאקְן שַׁבָּת, אוּן פְרוֹיעֶן אָפְּגֶעשָׁארְן וְכוּ', אוּן מִיט דִי גְרֶעסְטֶע צְנִיעוּת, דָאס בְּרֶענְט זֵיי גֶעפֶערְלִיךְ, אוּן זֵיי הֶערְן נִישְׁט אוֹיף שׁוֹין פִינְף אוּן צְוָואנְצִיג יָאר צוּ טוּן דִי אַרְגְסְטֶע רִשְׁעוּת וָואס מֶען קֶען זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן, אָבֶּער מִיט עַקְשָׁנוּת וְכוּ', אוּן מִיט רְצוֹנוֹת וְכוּ', הָאט אוּנְז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי גֶעלֶערְנְט קֶען מֶען אַלֶעס דוּרְךְ בְּרֶעכְן, [דַאכְט זִיךְ מִיר אַז דוּ הָאסְט דָאס גֶעזֶען מִיט דַיין אֵייגֶענֶע אוֹיגְן, דָאס אִיז נִישְׁט קַיין חָלוֹם אוּן פַאנְטַאזִיעֶ].


דִי רְשָׁעִים אַרוּרִים הָאבְּן אוּנְז נִישְׁט גֶעלָאזְט בּוֹיעֶן אַ בֵּית מֶדְרָשׁ אִיבֶּער צְוָואנְצִיג יָאר, גֶעהַאלְטְן אִין אֵיין מַסֶרְ'ן, דִי תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אִיז אִין צוּבְּרָאכֶענֶע קַארַאוַואנֶען [בַּארַאקְן] אַזוֹי וִוי אִין אוֹשְׁוִויץ, וִוינְטֶער רֶעגְנְט אַרַיין, זוּמֶער וֶוערְט מֶען פַארְבְּרֶענְט פוּן דִי הִיץ, נָאךְ גְרוֹיסֶע אוּן שְׁוֶוערֶע מִשְׁפָּטִים הָאבְּן מִיר בַּאקוּמֶען לַאנְד לֶעבְּן בֵּית עַלְמִין, וִוי מִיר הָאבְּן אַוֶועקְגֶעשְׁטֶעלְט דִי קַארַאוַואנֶען [בַּארַאקְן] עֶס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט גְלֵייבְּן בִּיז מֶען זֶעט עֶס נִישְׁט מִיט דִי אוֹיגְן, פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן מִיט שְׁטַארְקֶע רְצוֹנוֹת אוּן כִּיסוּפִין דוּרְכְצוּבְּרֶעכְן דִי קְלִיפָּה פוּן דִי טָמֵא'נֶע אַפִּיקוֹרְסִים, דָאס הָאט זִיךְ אַלֶעס גֶעלוֹינְט.


אַזוֹיפִיל בִּין אִיךְ גֶעוָואר גֶעוָוארְן מִיט מַיין קוּמֶען אִין יַבְנְאֵל, דָאס וֶוער הָאט אַ יַד אִין מַעֲבִיר זַיין עַל הַדַת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵעֵדוֹת הַמִזְרָח דִי סְפַרְדִישֶׁע אִידְן, נָאר דִי פַארְדָארְבֶּענֶע רַע-בָּנִים, וָואס זֶענֶען קַלִים וְרֵיקִים וּפּוֹחֲזִים, עַמֵי אֲרַצִים גְמוּרִים, אוּן זֵיי הָאבְּן אַ יַד אִין אַלֶע גְזֵירוֹת, אוּן לֹא בְּחִינָם דֶער טָמֵא מְטוּמָא דָוִד גְרִין פוּן פְּלוֹנְסְק שֵׁם רְשָׁעִים יִרְקָב אִיז גֶעגַאנְגֶען אִין לֶעבְּן אוֹיפְצוּשְׁטֶעלְן אַ פַּארַאט פוּן רַבָּנִים, וָוארוּם עֶר הָאט גֶעוואוּסְט אַז סְפַרְדִישֶׁע אִידְן קֶען מֶען נִישְׁט מַעֲבִיר זַיין עַל הַדַת, נָאר דוּרְךְ רַבָּנִים, וָוארוּם זֵיי הָאט מֶען אוֹיסְגֶעלֶערְנְט אַז מֶען טָאר נִישְׁט רֶעדְן אוֹיף "כְּבוֹד הָרַב", אוּן וָואס עֶר זָאגְט אִיז הֵיילִיג, אוּן לֵיידֶער טְרַאכְטְן זֵיי נִישְׁט אַרַיין וֶוער אִיז יָא אַן עֶרְלִיכֶער רָב, אוּן וֶוער אִיז נִישְׁט אַן עֶרְלִיכֶער רָב, וָואס מִיר הָאבְּן אוֹיסְצוּשְׁטֵיין פוּן דֶעם שְׁטְרָאף [שֶׁקוֹרִין רָב] פוּן שְׁטֶעטְל אִיז נִישְׁט צוּ בַּאשְׁרַייבְּן.


אִיז לֹא בְּחִינָם וָואס דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַארֶער רֶבִּי זי"ע בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל" בְּרֶענְגְט אִין זַיינֶע סְפָרִים דָאס וָואס דַארְפְן דִי אַפִּיקוֹרְסִים רַבָּנִים? אַז סְ'גֵייט זֵיי אַזוֹי אִין לֶעבְּן זֵיי זָאלְן הָאבְּן רַבָּנִים? נָאר זֵיי הָאבְּן גֶעוואוּסְט אַז אָן רַע-בָּנִים וֶועט מֶען נִישְׁט קֶענֶען דִי סְפַרְדִישֶׁע אִידְן מַעֲבִיר זַיין עַל הַדַת, [עֶס אִיז דָא אַסַאךְ מַאֲרִיךְ צוּ זַיין אִין דֶעם, אָבֶּער דָא אִיז נִישְׁט דֶער פְּלַאץ פוּן דֶעם].


עַל כָּל פָּנִים אֲפִילוּ אִין אַזַא מִין פְּלַאץ וואוּ מֶען הָאט מַעֲבִיר גֶעוֶוען עַל הַדַת הָאבּ אִיךְ גֶעקֶענְט דָאס בַּאוַוייזְן וְכוּ', וֶועל אִיךְ מְחַיֵיב זַיין דִי אַלֶע וָואס קֶענֶען נִישְׁט הַאלְטְן אָפְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה אָדֶער אַ מֵיידְל שׁוּלֶע. וֶועסְטוּ מֵיינֶען דָאס מִיר הָאבְּן אַ אוֹצָר פוּן גֶעלְט? מוּז אִיךְ דִיר זָאגְן, מִיר זֶענֶען אַלֶע אָרִימֶעלַייט וָואס מֶען קֶען קוֹים דוּרְךְ שְׁטוּפְּן דֶעם וָואךְ וְכוּ' וְכוּ', אוּן פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן הָאבְּן מִיר בַּאזוּנְדֶערֶע מְלַמְדִים אוֹיף יֶעדֶע כִּיתָּה, אוּן מִיט אַ שְׁטַארְקְן רָצוֹן אוּן מִיט אַסַאךְ תְּפִלָה הֶעלְפְט אוּנְז דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים מִיט וואוּנְדֶערְלִיכֶע נִסִים צוּ בַּאצָאלְן דִי מְלַמְדִים אוּן טִיטְשֶׁערְס, דָאס אִיז לְמַעְלָה מִדֶרֶךְ הַטֶבַע, מֶען קֶען דָאס נִישְׁט מַסְבִּיר זַיין.


קֵיינֶער אִין דֶער וֶועלְט וֶועט דָאס נִישְׁט פַארְשְׁטֵיין, מִיר הָאבְּן נִישְׁט קַיין אֵיין נָדִיב, קַיין אֵיין גְבִיר וְכוּ', אוּן פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן הָאבְּן מִיר אַ קִיוּם, נָאר מַחְמַת דֶעם שְׁטַארְקְן רָצוֹן אוּן דֶער מֵיינֶען עֶס אֱמֶת לְשֵׁם שָׁמַיִם.


אִיךְ הָאבּ מַאֲרִיךְ גֶעוֶוען דֶעם בְּרִיוו, וַוייל דוּ הָאסְט מִיר גֶעשְׁרִיבְּן אִיךְ הָאבּ לִיבּ וֶוען מוֹהֲרָא"שׁ זָאגְט מִיר וָואס אִיךְ דַארְף פַארֶעכְטֶען, אוּן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּפִירֶען וְכוּ' וְכוּ', הָאבּ אִיךְ זִיךְ גֶענוּמֶען דִי מִיה אוּן אַבִּיסְל מַאֲרִיךְ גֶעוֶוען, וָואס גְלֵייבּ מִיר אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁרַייבְּן וָואס אִיךְ דַארְף שְׁרַייבְּן, וָוארוּם אִיךְ זֶע וָואס עֶס טוּט זִיךְ אִין אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה'ס, וְכוּ', וְכוּ', אִיז נִישְׁט קַיין וואוּנְדֶער וָואס זֵיי דַארְפְן נָאכְדֶעם פַארְשְׁלִיסְן וְכוּ', אוּן זֵיי פַאלְן צַאם וְכוּ'.


דֶער רַמְבַּ"ם זָאגְט (פֵּרֶק ב' מֵהִלְכוֹת תַּלְמוּד תּוֹרָה, הֲלָכָה ג') מְלַמֵד הַתִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מֵנִיחַ הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָהֶן אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּלִימוּדָן הֲרֵי זֶה בִּכְלַל אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָה לְפִיכָךְ אֵין רָאוּי לְהוֹשִׁיב מְלַמֵד אֶלָא בַּעַל יִרְאָה מָהִיר לִקְרוֹת וּלְדַקְדֵק: דָאס אִיז אַ יְסוֹד הַיְסוֹדוֹת פוּן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה, וָוארוּם עֶס אִיז נִישְׁט קַיין קִינְדֶער שְׁפִּיל, אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה פַאר קְלֵיינֶע קִינְדֶער דָאס אִיז דִי הֶעכְסְטֶע זַאךְ וָואס עֶס קֶען נָאר זַיין, מֶען אִיז מְחַנֵךְ הֵיילִיגֶע נְשָׁמוֹת וָואס זֵיי זֶענֶען דִי צוּקוּנְפְט פוּן כְּלַל יִשְׂרָאֵל, דָאס טָאר מֶען נִישְׁט נֶעמֶען אַבִּי וֶועמֶען פַאר אַ מְלַמֵד, אָדֶער אַ עוֹזֵר מְלַמֵד, וְכוּ', וִוי סְ'שְׁטֵייט אוֹיךְ אִין שֻׁלְחָן עָרוּךְ (יוֹרֶה דֵעָה, סִימָן רמ"ה, סְעִיף י"ז) וְאֵין לִמְלַמֵד לִנְעוֹר בַּלֵילָה יוֹתֵר מִדַאי שֶׁלֹא יִהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמוֹד וְכֵן לֹא יִתְעַנֶה אוֹ לַעֲצוֹר בְּמַאֲכָל וּמִשְׁתֶּה אוֹ לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת יוֹתֵר מִדַאי כִּי כָּל אֵלוּ הַדְבָרִים גוֹרְמִים שֶׁלֹא יוּכַל לְלַמֵד הֵיטֵב וְכָל הַמְשַׁנֶה יָדוֹ עַל הַתַּחְתּוֹנָה וּמְסַלְקִין לֵיהּ.


אִיךְ הָאבּ אוֹיכֶעט גֶעהַאט אַסַאךְ מְלַמְדִים וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעמוּזְט אַוֶועק שִׁיקְן אָן רַחֲמָנוּת, זֵיי הָאבְּן גֶעלָאזְט דִי קִינְדֶער אוֹיף הֶפְקֵר אַרוּמְבָּארְדֶעוֶוען וְכוּ', זֵיי הָאבְּן גֶעטוּן אַנְדֶערֶע אַרְבֶּעט אִינְמִיטְן לֶערְנֶען וְכוּ', פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז אִיךְ הָאבּ זֵיי גֶעמוּזְט אַוֶועקְשִׁיקְן אָן רַחֲמָנוּת, וָוארוּם קִינְדֶערְלֶעךְ זֶענֶען הֵיילִיגֶע נְשָׁמָה'לֶעךְ, דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים'ס פַארְמֶעגְן, אוּן נָאר צוּלִיבּ זֵיי הָאט עֶר אוּנְז גֶעגֶעבְּן דִי תּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה אוֹיפְ'ן בַּארְג סִינַי, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא, וַיִגַשׁ) בְּשָׁעָה שֶׁבִּקֵשׁ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לִיתֵּן אֶת הַתּוֹרָה לְיִשְׂרָאֵל אָמַר לָהֶן תְּקַבְּלוּ תּוֹרָתִי, אָמְרוּ לוֹ הֵן, אָמַר לָהֶן תְּנוּ לִי עָרֵב שֶׁתְּקַיְימוּ אוֹתָהּ אָמְרוּ לוֹ אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב יִהְיוּ עֲרֵבִים, אָמַר לָהֶן אֲבוֹתֵיכֶם הֵן בְּעַצְמָם צְרִיכִים עֲרֵבִים, אַבְרָהָם אָמַר (בְּרֵאשִׁית ט"ו, ח') "בַּמָה אֵדַע", יִצְחָק אָהַב אֶת שׂוֹנְאִי דִכְתִיב (מַלְאָכִי א', ג') "וְאֶת עֵשָׂו שָׂנֵאתִי" יַעֲקֹב אָמַר (יְשַׁעְיָה מ', כ"ז) "נִסְתְּרָה דַרְכִּי", אָמְרוּ לוֹ בְּנֵינוּ יִהְיוּ עֲרֵבִים שֶׁלָנוּ, מִיַד קִבְּלָן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְנָתַן אֶת הַתּוֹרָה לְיִשְׂרָאֵל, שֶׁנֶאֱמַר (תְּהִלִים ח', ג') "מִפִּי עוֹלְלִים וְיוֹנְקִים יִסַדְתָּ עוֹז".


זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז דֶער גַאנְצֶער תּוֹרָה הָאט דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים נִישְׁט גֶעוָואלְט גֶעבְּן פַאר אוּנְז, נָאר אִין זְכוּת פוּן אוּנְזֶערֶע קִינְדֶער, אוּן דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת קי"ט:) אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן; אִיבֶּערְדֶעם, אוֹיבּ וֶועסְטוּ מִיר פָאלְגְן, וֶועסְטוּ הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה, אַזוֹי וִוי דוּ הָאסְט גֶעהַאט הַצְלָחָה מִיט דִי יְשִׁיבָה.


גֶעדֶענְק גוּט וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת דֶרֶךְ, חֵלֶק ב', סִימָן א') עַל יְדֵי וִוידוּי דְבָרִים גוֹרְמִים שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַזְמִין מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה; אִיבֶּערְדֶעם גֶעוואוֹין זִיךְ צוּ, צוּ רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן דֶערְצֵייל אִים אַלֶעס אוֹיס אוֹיף פְּרָאסְט אִידִישׁ, וֶועסְטוּ זֶען אַז דוּ וֶועסְט הָאבְּן אוֹיסְטֶערְלִישֶׁע הַצְלָחָה.


אִיךְ הָאבּ מַאֲרִיךְ גֶעוֶוען אַבִּיסְל, אָבֶּער אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁרַייבְּן וָואס עֶס לִיגְט מִיר אִין פֶעדֶער, וָוארוּם הַאלְטְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה אִיז פוּן דִי הֶעכְסְטֶע זַאכְן בַּיי כְּלַל יִשְׂרָאֵל, אוּן בִּפְרַט הַיינְט וָואס דֶער דוֹר אִיז אַזוֹי הֶפְקֵר וְכוּ', אוּן מֶען קֶען זֶען אַלֶע שְׁמוּץ וְכוּ', אוּן עֶקְלְהַאפְטִיגֶע זַאכְן וְכוּ', אִיז דִי שְׁוֶוערְסְטֶע זַאךְ צוּ הַאלְטְן אַ עֶרְנְסְטֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע.


קוּם אִין יַבְנְאֵל, וֶועסְטוּ זֶען וָואס מֶען קֶען בַּאוַוייזְן נָאר מִיט רְצוֹנוֹת וְכִּיסוּפִים אוּן מִיט אַסַאךְ תְּפִילוֹת.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן פְרֵיילִיכְן תָּמִיד".

#942 - ווען ס'איז נישטא קיין חדר, לערן איך אסאך משניות און גמרא
לימוד התורה, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל פון עלף יאר, פון ארץ ישראל, איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט זאגן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך האב יעצט זוכה געווען צו ענדיגן גמרא מסכת שבת, און אויך די דריטע מאל ששה סדרי משנה, ש'כח אייבערשטער.


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיינע עלטערן הערן זיך צו צו די שיעורים, און איך האב אויך אנגעהויבן הערן אביסל, און דורך די דרשות איז מיר געווארן גרינגער צו לערנען.


אין מיינע פרייע צייטן האב איך ליב צו מאלן בילדער פון צדיקים, בייגעלייגט איז א בילד פון מוהרא"ש וואס איך האב געמאלן.


יעצט ווען ס'איז נישטא קיין חדר צוליב די קאראנע וויירוס, האב איך גאר אסאך צייט צו לערנען, און איך בין פרייליך אז איך קען אויסנוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט'ן לערנען די הייליגע תורה, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב.) "כְּשֶׁאָדָם בָּא לִידֵי חֹלִי אוֹ לִידֵי זִקְנָה אוֹ לִידֵי יִסוּרִין וְאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲסוֹק בִּמְלַאכְתּוֹ, הֲרֵי הוּא מֵת בְּרָעָב", ווען א מענטש ווערט נישט געזונט אדער ער ווערט עלטער, אדער חס ושלום מען האט יסורים קען מען מער נישט ארבעטן און מען קען נישט טון וואס מען האט געטון אלע יארן ווען מען איז געווען יונג, "אֲבָל הַתּוֹרָה אֵינָהּ כֵּן, אֶלָּא מְשַׁמְּרַתּוּ מִכָּל רַע בְּנַעֲרוּתוֹ", אנדערש איז אבער דער מענטש וואס לערנט תורה אין די יונגע יארן, דער וועט מיט נעמען מיט זיך די תורה, "וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְזִקְנוּתוֹ", דאס וועט אים היטן און געבן כח אלע זיינע טעג.


גיי אן ווייטער מיט דיין התמדת התורה; דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען צו זען דיין התמדת התורה און דו וועסט מיט דעם מקיים זיין די גרויסע מצוה פון כיבוד אב ואם. ווייל דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דו מאלסט זייער שיין; איך האב הנאה געהאט צו זען דעם בילד וואס דו האסט געמאלן פון מוהרא"ש. יעדעס מאל דו מאלסט א בילד פון א צדיק זאלסטו מיר שיקן א בילד דערפון, איך וועל זיך זייער פרייען דערצו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#941 - די פרנסה ווערט מיר שווער, זאל איך אנהויבן א זייטיגע פאך?
חובות, פרנסה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז אנהויבן ערשט מיט א דאנק צום אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן, נישט נאר פאר מיר נאר אויך פאר מיין ווייב און קינדער, ס'איז נישט מעגליך אויסצורעכענען יעדע פרט, אבער דער אייבערשטער ווייסט וויפיל איך האב זיך געטוישט א דאנק די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז.


איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב חתונה געהאט שוין איבער פינף יאר צוריק, און איך האב ב"ה דריי קינדערלעך קע"ה. דערווייל לערן איך אין כולל א גאנצן טאג, און מיין ווייב ארבעט, און מיר האבן זיך אויסגעקומען גאנץ גוט אזוי ביז יעצט.


לעצטנס ווערט אבער שווערער דער מצב הפרנסה ביי אונז, כ'האב שוין געמוזט אנגעהויבן דרייען מיט טויזנטער שקלים חובות, און דאס איז זייער נישט גוט, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


פון איין זייט קלער איך אפשר זאל איך אנהויבן טון א זייטיגע פרנסה ביינאכט, אפשר זאל איך זיך לערנען סופרות און אנהויבן שרייבן ביינאכט, נאכ'ן לערנען אין כולל א גאנצן טאג. פון די אנדערע זייט זע איך אבער אז די אינגעלייט וואס הויבן מיט א קליינע זייטיגע פאך, גייט עס נאכדעם אריבער צו ארבעטן א גאנצן טאג, און דאס וויל איך זייער נישט. איך האב זייער ליב צו לערנען, איך פארשטיי ב"ה גוט לערנען, איך האב שוין געלערנט און זיך פארהערט הלכות טהרה ומקוואות, און יעצט לערן איך הלכות ברכות און הלכות תערובות, איך וויל ווערן א מורה הוראה און איך וויל נישט אפלאזן דאס לערנען. אבער איך ווייס דאך אויך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר איבער די הארבקייט פון אריינפאלן אין חובות.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן. נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס, איך האב יעצט ב"ה געענדיגט די ניינטע מאל משניות, אויך האב איך יעצט אנגעהויבן א פרישע שיעור אין נ"ך, אויסער די טעגליכע שיעורים אין בבלי ירושלמי און תוספתא, און אין רבינ'ס און מוהרא"ש'ס ספרים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חובות איז א גרויסע סכנה, עס הרג'ט דעם מענטש בגשמיות וברוחניות; עס נעמט אוועק דעם מענטש פון קענען תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו גיין נאך געלט און אזוי וועסטו צוביסליך קענען באצאלן די חובות. אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנג) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; דעריבער אז דו ביסט אריין געפאלן אין חובות זאלסטו גיין נאך געלט און צוביסליך באצאלן דיינע חובות. עס הערט זיך אפשר אינטערעסאנט, ווי איז שייך צו באצאלן שווערע טויזנטער דאללער חובות דורך צאמנעמען און צאמקראצן פרוטות וואס מען געבט פאר צדקה... אבער דו וועסט זען אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט ארויסגיין פון אלע חובות און דו וועסט קענען שפייזן דיין ווייב און קינדער.


איך ווייס אז דו וועסט נישט אננעמען וואס שטייט אין דעם בריוו, דו וועסט נישט וועלן גיין נאך געלט; ווייל דו שעמסט זיך צו גיין נאך געלט, עס פאסט דיר נישט צו גיין נאך געלט וכו' וכו', אבער וויסן זאלסטו אז עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט; דער וואס בארגט און באצאלט נישט ווערט אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


דאס האבן מיר מקבל געווען פון מוהרא"ש; מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם אן א שיעור אז מען טאר נישט בארגן קיין געלט, און אז מען בארגט געלט דארף מען באצאלן, און אז מען האט נישט צו באצאלן דארף מען פארקויפן די גאנצע פארמעגן צו קענען באצאלן, מען דארף טון אלעס אויף די וועלט אבי נישט צו זיין א גנב.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים, וואס ער האט געזאגט - דאס האט ער געטון; מוהרא"ש האט דערציילט ווי אזוי ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים מיט מסירות נפש. נאך זיין חתונה איז ער אריינגעשפרינגען אין חובות פון שווערע טויזנטער דאללער, איבער אכציג טויזנט דאללער בימים ההם, וואס איז לויט די היינטיגע ווערד א חשבון פון קרוב צו א מיליאן דאללער! ער האט זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט אין די צייט ווען אין שטוב האט ער נישט געהאט וואס צו עסן; ער האט נישט געהאט קיין פיש און פלייש פאר סעודות שבת, מוהרא"ש מיט די רעבעצין האבן געגעסן שבת חלה מיט סארדינס. "איך האב אלעס באצאלט ביז די לעצטע פרוטה" - האט מוהרא"ש געזאגט. ווי אזוי? צוביסליך, דורך גיין נאך געלט. ער פלעגט גיין הפצה אפאר שעה און גלייך גיין צום דרוקער און צום בינדער און באצאלט יעדן טאג צוביסליך, "איין טאג א פופציגער, איין טאג א צוואנציגער - ביז איך האב אלעס באצאלט", האט מוהרא"ש אויסגעפירט.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען: "ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; בפרט אין ארץ ישראל וואס דארט זענען דא מיליאנען אידישע קינדער וואס ווייסן נישט פונעם אייבערשטן, די ערב רב - די רשעים האבן זיי אויסגע'שמד'ט און פרובירט אפצורייסן פון די אמונה, און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל - די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים. זאלסטו גיין פארשפרייטן די ספרים וועסטו קענען באצאלן אלע חובות און דו וועסט האבן גרויס שפע; דו וועסט האבן אן אייגענע הויז און אלעס וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#940 - איך האב צוויי עלטערע ברידער, ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
שידוכים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ניינצן יאר, איך האב נאך צוויי עלטערע ברידער וואס האבן נאכנישט חתונה געהאט, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך וויל אזוי שטארק שוין חתונה האבן, און איך קען אפילו נישט רעדן צו מיין טאטע וועגן דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועסטו האבן אז דו וועסט רעדן מיט דיין טאטע? וואס קען דיר דיין טאטע העלפן? ער איז דאך מער צעבראכן פון דיר, ער שטייט און ווארט עס זאל שוין זיין שמחות אין שטוב.


דיין שידוך ליגט נישט אין דיין טאטענ'ס הענט און די שידוכים פון דיינע ברידער האט אויך נישט צו טון מיט דיין טאטע און מיט קיינעם, עס ליגט נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דא האסטו א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג; זאג עס יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#939 - מוז איך אפלאזן מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק דרשות און די בריוו וואס זענען מיר ממש מחי'.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וויל איך וויסן אויב איך מוז אפלאזן מיין קהלה און מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?


איך האב גערעדט מיט איינעם א ברסלב'ער איבער דעם, און יענער האט מיר אנגעוויזן וואס דער רבי זאגט אויף אברהם אבינו אז ער האט אפגעלאזט אלעס און נישט געקוקט אויף קיינעם, און יעדער איד דארף זיך אזוי פירן. מיר זעט דאס אבער אויס אביסל איבערגעטריבן, פארוואס זאל איך דארפן אפלאזן אן ערליכע אידישע קהלה, בלויז צו קענען נעמען אויך די עצות פון הייליגן רבי'ן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קלאר שטעלן, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דריי מאל ששה סדרי משנה, שוין איבער א האלב יאר וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, כ'האב שוין געענדיגט רוב שלחן ערוך און רוב מדרש רבה און גאנץ נ"ך, און איך האף ס'וועט נישט נעמען נאך לאנג ביז איך וועל מאכן א גרויסע סיום אויף בבלי און ירושלמי, אויסער נאך פילע שיעורים וואס איך לערן ב"ה, און אויסער די נאך פילע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס באגלייטן מיר ממש אויף טריט און שריט, איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דער ברסלב'ער חסיד איז און צי ער האט בכלל שייכות מיט'ן רבי'ן; לויט ווי דו לייגסט מיר אראפ זיין ענטפער וכו', ווייסט ער נישט וואס דער רבי וויל פון אונז.


דער רבי וויל נישט אוועקנעמען מענטשן פון זייער מסורה, פון זייער וועג ווי אזוי זיי לעבן; דער רבי וויל איין זאך, אונז ברענגען צו אזא מדרגה אז מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווער מען איז און פון וואו מען שטאמט - זאל מען אפלעבן דאס לעבן מיט אמונה און מיט שמחה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס אויפ'ן וועג קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר, בלייב ווייטער מקושר מיט דיין פלאץ וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, גיי נישט אוועק פון דיין חסידות. נעם די חיזוק פון רבי'ן אויף א פריוואטע וועג; לערן דיינע שיעורים אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים און ברענג אריין די שכינה אין שטוב, דאס הייסט זאלסט זען עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, דו זאלסט דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליין, ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם אין די וועלט; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. צו וואס פעלט דיר אויס מאכן א מחלוקה וכו'? צו וואס פעלט אויס זיך צו גיין רייצן מיט אנדערע, דערציילן אלעמען: "איך בין א ברסלב'ער"? וואס פעלט דיר אויס אז אלע זאלן אנהייבן קריגן אויף דיר? מען וועט דיר אויסשליסן פון די משפחה, מען וועט זיך דערווייטערן פון דיר ווי מען דערווייטערט זיך פון א קראנקן; דערפאר איז בעסער פאר דיר צו זיין מקושר צום רבי'ן שטילערהייט, לערן און דאווען און זיי פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#938 - ווי אזוי היט מען די קינדער פון קשיות אויף אמונה פון א קרוב?
חינוך הילדים, אמונה, קשיות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'געבט מיר לעבן אין אלע תחומים, איך זאל זיך קענען אומגיין מיט מיין ווייב און קינדער, און צו קענען לערנען אזויפיל תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


איך האב א שוואגער וואס איז נישט קיין שומר תורה ומצות, ער האט זיך דערקלערט אלס אפיקורס, און ער קומט אסאך צו מיין שווער אינדערהיים, און ס'שטערט מיר זייער שטארק ווען ער דרייט זיך דארט, בפרט ווען מיינע קינדער פרעגן קשיות.


יעצט גייט אויסקומען א משפחה שמחה וואו מיר גייען זיין דארט צוזאמען, וויל איך וויסן צי מ'קען אים מצרף זיין צו מנין, צום דאווענען אדער בענטשן, און בכלל ווי אזוי מ'דארף צו האנדלען אין אזא פאל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו דיינע קינדער אסאך דיבורי אמונה, דאס איז וואס דו קענסט טון.


מען קען נישט נאכגיין קינדער פיר און צוואנציג שעה; וואס ווייסטו וואס זיינע חברים רעדן? וואס ווייסטו וואס ער הערט אין גאס? וואס ווייסטו מיט וועם ער חבר'ט זיך? ליידער ליידער זענען דא זייער אסאך געפאלענע מענטשן וואס קענען פארדרייען קליינע קעפעלעך מיט כלומר'ישע קשיות, וואס נאר מיט א קליינע קאפ איז דאס א קשיא. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לב) מען פרעגט פון א קינד א שאלה, אז ביי איינעם אין שטוב האט זיך אויסגעשאסן א פענסטער האט ער גענומען א פענסטער פונעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, פרעגט מען דאס קינד: "פארוואס האט מען ארויס גענומען די פענסטער פון דעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, אמער, די פייגל קען דאך יעצט ארויס פליען פון יענעם צימער, וואס האט מען אויפגעטון?!" ווען מען פרעגט אים די קשיא לייגט מען אריין דעם תירוץ אין די קשיא, בלייבט דאס קינד צעמישט מיט די קשיא; איי די קשיא איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ער האט נישט קיין פייגלעך, ער האט געלייגט דעם פענסטער עס זאל נישט זיין קאלט וכדומה, אבער דער קליינער מח בלייבט פארטומלט און ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


אז מען וויל אויפשטעלן ערליכע דורות איז דא איין עצה: "רעדן אסאך פון אמונה"; ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן מיט אזא שטארקייט, ממש מען זעט דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): אויף דעם וואס שטייט אין זוהר הקדוש (משפטים צה.): "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא דְּלֵית לָהּ עֵינִין, גּוּפָא טְמִירְתָא וְאִתְגְּלֵי, נָפְקַת בְּצַפְרָא וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא, מִתְקַשְּׁטַת בְּקִשּׁוּטִין דְּלָא הֲווֹ"; זאגט דער רבי אזוי: עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא - דאס איז אמונה, אבער דְּלֵית לָהּ עֵינִין - עס האט נישט קיין אויגן, דאס הייסט מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות, נאר מען דארף זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן. גּוּפָא טְמִירְתָא – זי איז באהאלטן, ווען דו וועסט בעטן איינער וואס האט אמונה ער זאל דיר מסביר זיין א טעם און א סברה אין די אמונה, וועט ער נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל אז מען פרעגט א מאמין בהשם יתברך, זיי מסביר וואס דער אייבערשטער איז, קען ער דיר נישט ענטפערן, אבער וְאִתְגְּלֵי - ביי אים איז עס אזוי קלאר, אזוי ווי ער זעט דאס מיט די אויגן. נָפְקַת בְּצַפְרָא - יעדן צופרי ווערט צוריק באנייט די אמונה, וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא - און דורכ'ן טאג ווערט עס פארדעקט, ווייל מען ווערט אריין געשלעפט אין די ארבעט און מען לויפט נאך געלט, צוביסלעך פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.


בנוגע אים מצרף זיין צו מנין וכו'; על פי רוב זענען די אלע נישט קיין אפיקורסים, זיי זענען צעבראכענע דיפרעסטע מענטשן, עס פאסט זיי נישט צו זאגן אז זיי זענען צעבראכן און זיי דארפן אויפמערקזאמקייט, דעריבער זאגן זיי אז זיי זענען נישט גלויביגע, מיינענדיג אז אזוי וועלן זיי באקומען זייער אויפמערקזאמקייט (אטענשאן), אבער טיף אין הארץ גלייבן זיי אויך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער טוט אלעס.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס לייגן אריין אסאך אמונה מיט שמחה אין זייערע קינדער, דורכדעם וועלן זיי זען אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#937 - ווי אזוי קען א אינגערמאן זיך שטארקן איבער זיינע נסיונות?
התחזקות, לימוד התורה, נסיונות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז א בחור איז א רחמנות, ווייל ער האט נאכנישט חתונה געהאט, אבער א אינגערמאן האט דאך שוין א ווייב, פארוואס זאל ער גיין זוכן נארישקייטן און שמוץ.


דאס איז מיר זייער שווער צו הערן, ווייל האב ב"ה חתונה געהאט מיט א גוטע ווייב, און מיר האבן א גוט לעבן ב"ה, און פון דעסט וועגן קען איך נישט אויפהערן צו טראכטן פון שמוץ, איך מוז טראכטן פון פרעמדע פרויען, פון מיין ווייב'ס שוועסטערס, און אזוי ווייטער מוטשע איך זיך אסאך מיט נסיונות, איך קען זיך נישט היטן די אויגן, און איך קען זיך נישט היטן די מחשבה.


איז דא אויך פאר מיר אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען היט זיך נישט די מחשבה און די אויגן, מען קוקט עבירות און מען פאלט אין פגם הברית בלייבט מען צוגעקלעבט צו דעם אפילו נאך די חתונה ה' ישמרינו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה ... כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", דער וואס טראכט פון עבירות וועט אים זיין שווער אפילו נאך די חתונה צו האבן א ריינע מח; די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון די אלע שלעכטע מחשבות איז נאר דורך תורה ותפילה, אז מען לערנט תורה און מען בעט דעם אייבערשטן ווערט צוביסליך אויסגערייניגט דער מח ביז מען קריכט אינגאנצן ארויס פון דעם.


דעריבער אז דו ביסט אזוי צוגעקלעבט צו עבירות, אז אפילו דו האסט שוין חתונה געהאט קענסטו נישט לעבן מיט דיין ווייב אן טראכטן פון א צווייטן וכו', דיין קאפ איז נישט מיט איר, דו טראכסט טאג און נאכט פון אירע שוועסטערס און פון פרעמדע השם ישמרינו, דו ווילסט צוריק לויפן צו די עקלדיגע מאווי"ס וואס דו האסט צאמגעזען - זאלסטו אנהויבן א שיעור אין משניות; זאג אסאך משניות וועסטו צוביסליך באקומען א ריינע מח, דו וועסט זיין פרייליך און צופרידן מיט דיין ווייב.


ווען דו לערנסט משניות זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז דו פארשטייסט נישט, ווייל פון קוקן אזויפיל מאווי"ס און אראפפאלן אין פגם הברית פארלירט מען דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן, די עבירה פון פגם הברית פאר'תמ'ט דעם קאפ, מען פארשטייט נישט דאס לערנען. און אפילו א גוטע קאפ וואס פארשטייט יא לערנען, פליט אים אוועק זיין קאפ און ער קען נישט לערנען; דו זאג די ווערטער פון משניות, דאס וועט דיר רייניגן פון אלע שמוץ.


נאך אן עצה איז דא, די עצה פון רבי'ן; די עצה פון "התבודדות", די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט. רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס, וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין אזוי פארקראכן, איך בין אזוי פארדרייט, איך טראכט נאר פון עבירות; איך איך וויל אלץ צוריק לויפן כְּכֶלֶב שָׁב אֶל קִיאוֹ - ווי א הונט וואס גייט צוריק צו זיין ברעכאכץ; זיי מיר מוחל אייבערשטער, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין היטן מיין מחשבה און מיינע אויגן.


הייליגער באשעפער, איך קען נישט אליין, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן. איך בעט דיר זייער, איך וויל האבן א ריינע מח, איך וויל זיין פרייליך מיט מיין ווייב, איך וויל נישט זיין פארנומען צו טראכטן פון אנדערע, ווען וועל איך אויך זוכה זיין צו זיין א צדיק?"


אזוי זאלסטו זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו זיין פרייליך און צופרידן, דו וועסט אפלאזן די גרויליגע עקלהאפטיגע מאווי"ס, דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו וועסט נישט דמיונ'ען פון אנדערע.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי עצות - "תורה ותפילה" - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.

#936 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבער מיינע שווערע נסיונות?
קדושה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים און איך בין זיך מחי', איך האב שוין ב"ה געענדיגט איינמאל משניות, און איך האלט יעצט אינמיטן ש"ס, א גרויסן יישר כח.


און יעצט צו מיין שאלה, איך בין א בחור, און דער יצר הרע פלאקערט אין מיר אויף א געוואלדיגן פארנעם, און איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף אים. איך ווייס נישט פארוואס ער האט זיך פארלייגט אזוי שטארק פונקט אויף מיר, מיר מכשיל צו זיין מיט פגם הברית רחמנא ליצלן, איינמאל בין איך זיך מתגבר אויף אים, און די צווייטע מאל איז ער זיך מתגבר אויף מיר, פארוואס האב איך אזעלכע שווערע נסיונות? איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


אויך בין איך מפיץ דעם גליון היכל הקודש אין מיין געגנט, איך דרוק עס ביי א גוי'אישן דרוקער, אבער מענטשן זאגן מיר אז מ'טאר נישט אהינגיין ווייל דארט איז דא אפענע אינטערנעט, איך האב אבער קיינמאל נישט געזען קיין שלעכטס דארט, איז דאס א פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן מיט דעם וואס דו פארשפרייטסט דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, מיט דעם נעמסטו אראפ פון דיר אלע דינים און אלע שלעכטס; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין וואס ער האט פוגם געווען אין פגם הברית, דער זאל עוסק זיין אין די מצוה פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען - ווי צו עוסק זיין אין הפצה.


הער נישט אויס די וואס ווילן דיר אפרעדן פון הפצה, די זעלבע רעדן אפ מענטשן פון פארן קיין אומאן; מיט די זעלבע טענה, אז אין אומאן איז דא אינטערנעט וכו', כאילו ביז אומאן איז נישט דא קיין אינטערנעט און קיין עבירות. אדרבה, זיי ממשיך מיט'ן פארשפרייטן אין דיין געגנט און שטארק זיך נאך מער צו פארשפרייטן אין נאך געגנטער און אין נאך שטעט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו די הבטחה וואס דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה, קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום אנדערער מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#935 - דארף מען אלעס דערציילן פאר די ווייב?
שלום בית, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חשובע שיעורים און עצות, בפרט אויף שלום בית, וואס העלפט מיר גאר אסאך.


איך האב שטארק געוואלט האבן אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב ב"ה זייער א וואוילע ווייב, איך בין זייער אפן מיט איר ב"ה, מיר שמועסן אלעס דורך צוזאמען, און מיר לעבן ב"ה בשלום. די מעשה איז אבער אז ס'איז דא געוויסע זאכן אין מיין ביזנעס וואס כ'וואלט זייער נישט געוואלט ס'זאל אנקומען צו פרעמדע אויערן, און וויפיל איך זאל נאר בעטן מיין ווייב זי זאל דאס נישט איבערזאגן פאר קיינעם, וועט זיך עס אבער ארויסגליטשן פון איר, זי טוט עס נישט פאר שלעכטקייט חלילה, נאר פשוט ס'גייט ארויס פון איר אומוועלנדיג. דער אייבערשטער האט מיר געגעבן דעם שכל זיך נישט צו קריגן וועגן דעם, איך האב איר מוחל געווען, איך וויל נאר וויסן ווי אזוי צו האנדלען פון יעצט און ווייטער. איר נישט צו דערציילן איז אויך נישט קיין עצה, כ'האב שוין איינמאל איר געזאגט אביסל אנדערש פונעם אמת, און שפעטער האט זי זיך זייער באליידיגט פון דעם.


ביטע געבט מיר א גוטע עצה ווי אזוי צו האנדלען אין דעם מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, עס איז דא השראת השכינה, און חס ושלום אז מען קריגט זיך טרייבט מען ארויס דעם אייבערשטן; אנשטאט די שכינה - קומען די נישט גוטע, דער שטן קומט אין שטוב ה' ישמרינו. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; די שכינה רוט נאר דארט וואו עס איז דא שלום, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.).


דארפסט נישט אלעס דערציילן אין שטוב; ווילאנג דו ברענגסט פרנסה וועט דיין ווייב זיין גליקליך און צופרידן, דיין ווייב וועט נישט זיין בייז אויף דיר אז זי וועט נישט וויסן אלע איינצעלהייטן פונעם געשעפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#934 - קען מען פשוט זאגן די ווערטער פון תורה?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים וואס זענען מיר אלעמאל מחזק, ספעציעל יעצט ווען די גאנצע וועלט גייט דורך אזא שווערע צייט.


איך האב געהערט צוויי אידן זיך טענה'ן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, איינער האט געזאגט אז דאס מיינט פשוט צו זאגן בלויז די ווערטער, און דער צווייטער האט געהאלטן אז מ'דארף יא פרובירן צו פארשטיין וואס מ'לערנט, נאר אויב קומט מען צו א שווער שטיקל וואס מ'פארשטייט נישט, זאל מען נישט בלייבן שטיין דארט, נאר זיך רוקן ווייטער.


וויל איך וויסן וואס דער אמת איז וועגן דעם, און אויך צי דער דרך הלימוד איז טאקע געמאכט פאר יעדן איינעם, אדער נאר פאר איינעם וואס קענען נישט לערנען אויף אן אנדערן אופן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך טענה'ן מיט אנדערע? וואס דארף דיר אנגיין וואס אנדערע זאגן? א קלוגער מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, עס אינטערעסירט אים נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט; פרעג איך דיר, פארוואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע? נאך אביסל וועלן מיר דארפן איבער לאזן די וועלט, דעמאלט וועט מען זען דאס ווארהייט און גרויסקייט פון דעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?" דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם", פרובירט אליינס אויס דעם דרך הלימוד וועט איר זען ווי זיס און געשמאק דער אייבערשטער איז, "הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


ווען א מענטש לערנט תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט איז דאס זייער טייער ביים אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חָדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד", פון ליבשאפט צו די תורה לערנט ער שטענדיג, אפילו מיט גרייזן.


וואס זאל איך דיר זאגן, יעדן טאג וואס גייט אריבער אן תורה איז מען א גרויסער רחמנות; דאס לעבן גייט פארביי אזוי ווי א שאטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (דברי הימים-א כט, טו): "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (מדרש בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר עס פליט אדורך אזוי ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#933 - מיין מח איז פארברענט, ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויך קענען מחזק זיין און געבן א וועג ארויס פון מיינע שלעכטע געוואוינהייטן.


שוין פון אלץ גאר קליין קינד פלעג איך זיך שפילן זייער נישט איידל מיט אנדערע קינדער, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז א פראבלעם, איך קום פון א ליטווישע פאמיליע, ביי אונז רעדט מען נישט פון די זאכן, איך האב נישט געוואוסט אז איך טו עבירות, און אזוי האב איך זיך ליידער צוגעוואוינט צו טון עבירות.


דאס האט מיר באגלייט ווייטער אין חדר און אין ישיבה, און מיט די שכנים און שכנות, מיין גאנצע קאפ איז נאר געפארן אויף עבירות, און דערנאך האב איך זיך אויך געשאפט א סמארטפאון צו זען עבירות, ביז איך בין שוין יעצט אזוי שטארק אראפגעפאלן אז איך קען מער נישט טראכטן פון קיין שום אנדערע זאך, מיין קאפ טראכט נאר פון איין זאך, פון עבירות, ווען איך קוק אויף א מענטש לויפט מיין קאפ גלייך אויף עקלדיגע זאכן.


איך דארף שוין אריינגיין יעצט אין ישיבה גדולה, און איך בין ממש פארלוירן, איך מוז טרעפן א וועג ארויס פון מיינע שמוציגע מעשים און געדאנקען, איך וויל זיין אן ערליכער איד.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיר אליין איז איין צרה, אבער דאס וואס דו שרייבסט אז דו טוסט מיט דיינע שכנים, דו נעמסט קליינע קינדער און דו שפילסט זיך מיט זיי, דו זוכסט ווי אזוי דו קענסט זיי אנכאפן און קוקן וואו מען טאר נישט; דארפסטו וויסן אז עס וועט נישט נעמען לאנג און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז פאר דיין גאנצע לעבן, ווייל ווער עס שפילט זיך מיט קינדער, ער איז זיי מטמא רחמנא לצלן, אזא איינעם דארף מען איינשפארן אין תפיסה פאר'ן לעבן.


שטיי ווייט פון קינדער אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר; עס איז נישט קיין קינדער שפיל, דאס איז א שפיל מיט פייער, מען באצאלט זייער א טייערע פרייז. אפגערעדט פון די בזיונות וואס דו וועסט האבן, וואו דו וועסט גיין און וואו דו וועסט שטיין וועלן די קינדער דיר באזינגען מיט קאצן מוזיק, מען וועט שרייען אין אלע גאסן, מען וועט טייטלען מיט די פינגער אויף דיר: "דא גייט דער מניוול!" און דו וועסט ווערן פארשעמט מיט שטארקע בזיונות; פרעג איך דיר: "וואס פעלט דיר דאס אויס?"


יעצט בנוגע דיר אליין; אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין אזא פאסטקע, פון אלס קינד האסטו זיך צוגעוואוינט צו טון עבירות מיט אנדערע קינדער, מיט שכנים ושכינות, קיינער האט דיר נישט געזאגט אז דאס איז א זאך וואס הרג'ט דעם מענטש, ביסט אזוי שטארק אראפגעפאלן אז דו קענסט מער נישט טראכטן פון קיין שום אנדערע זאך, דיין קאפ טראכט נאר פון איין זאך, פון עבירות, ווען דו קוקסט אויף א מענטש לויפט דיין קאפ גלייך אויף עקלדיגע זאכן השם ישמרינו, דו שרייסט און בעטסט אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיין מצב, דו ווילסט זיין ערליך.


וויסן זאלסטו אז פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, נישט דא אזא זאך 'מען האט פארשלאסן די וועגן ארויס צו קריכן פון די צרה', דער פראבלעם איז נאר אז דער מענטש ווייסט נישט די וועג ארויס צו גיין, ער זעט נישט די טיר ארויס; אויף דעם האבן מיר באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, ער האט אונז געשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז באלייכטן אונזער לעבן, ער זאל אונז ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן און אונז ווייזן דעם וועג ארויס פון די פראבלעמען.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן, די וועג איז 'התבודדות'; א מענטש זאל גיין יעדן טאג אין א פריוואטע פלאץ און דארט זאל ער שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף זיין שפראך, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלע שלעכטע מחשבות, שלעכטע דיבורים און שלעכטע מעשים וואס דער יצר הרע מאכט אים טון. אין אנהויב ווען מען הויבט אן מאכן התבודדות איז דאס א שווערע זאך, מען שפירט נישט ווי מען רעדט צו איינעם, מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער הערט אויס וואס מען בעט אים, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט פארלירט מען די אמונה, ווייל ברית מיט אמונה גייט געקניפט און געבינדן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא), אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; מען הויבט אן טראכטן: 'דער אייבערשטער דארף מיר נישט', 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', ביז דער מענטש ווערט אזוי צעקלאפט אז ער גייט נאכאמאל צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים, "כְּכֶלֶב שָׁב עַל קֵאוֹ (משלי כו, יא)", אזוי ווי א הונט גייט צוריק צו זיין שמוץ; מען פאלט און מען פאלט ביז מען פאלט אריין אין נאך טיפערע בלאטעס, ביז מען שפירט זיך שוין אזוי שטארק פארלוירן אז מען הויבט אן טראכטן מחשבות פון ענדיגן דאס לעבן השם ישמרינו.


דעריבער דארף מען זיין שטארק אין אנהויב נישט אפצולאזן די וועג פון התבודדות, אפילו מען שפירט נישט ווי מען רעדט צו איינעם, מען שפירט נישט ווי איינער הערט אויס, דאך גייט מען ווייטער אויף דעם וועג, מען פאלגט דעם רבי'ן; מען רעדט צום אייבערשטן - נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל, מען בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך קען נישט אזוי לעבן, איך האב נישט קיין שליטה אויף מיר, איך שפיר זיך ווי א פארלוירענער, איך זינדיג אין פגם הברית און איך האלט אין איין פאלן. יעדער מיינט אז איך בין א נארמאלער מענטש, איך בין א וואוילער בחור, אבער איך בין אזוי טיף אריין געפאלן אין שאול תחתית אז איך קען נישט מער".


באמת אז מען טראכט אריין ביסטו נישט שולדיג, ווייל קיינער האט דיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה; דו ביסט אויפגעוואקסן אלע דיינע יארן אן וויסן בכלל אז דאס איז א זאך וואס הרג'עט דעם מענטש פאר'ן לעבן.


ביי די מקומות וואס האלטן זיך נישט מיט צדיקים דארט איז אפגעמאכט אז מען רעדט נישט פון קדושה, אפילו ביי די חסידישע ישבות זענען דא פלעצער וואס האבן א שיטה נישט צו רעדן וכו', בפרט ביי די מקומות וואס גייען נישט אויפ'ן דרך פון די הייליגע צדיקים תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו - דארט רעדט מען נישט; דו האסט א גוטע טענה צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב זיך צוגעוואוינט אלס יונג קינד צו די מעשים, פון וואו וואלט איך געדארפט וויסן וואס דאס איז?! פון וואו וואלט איך געדארפט וויסן אין וואס פאר א פלאנטער איך לייג זיך אריין?!" דו האסט וואס צו טענה'ן מיט'ן אייבערשטן.


אז דו וועסט גיין אויף דעם וועג, דו וועסט רעדן צום אייבערשטן טאג נאך טאג וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהויבן קענען טראכטן, דו וועסט אנהויבן קענען גיין צווישן מענטשן, דו וועסט זיך קענען ארויסדרייען פון דיינע נישט גוטע וועגן.

#932 - איך בין נישט צופרידן אינדערהיים און אין ישיבה, וואס טו איך?
התחזקות, קדושה, בחור, ישיבה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס געבט מיר ממש לעבן.


איך בין א בחור פון 16 יאר אלט, די שלום בית ביי מיינע עלטערן איז נישט אזוי גוט, עס האט מיר זייער וויי געטון צו זען ווי מיינע עלטערן קריגן זיך ארום, דערפאר בין איך אוועקגעפארן לערנען אין א ישיבה אין א צווייטע שטאט, האפנדיג אז דארט וועט מיר זיין רואיגער און געשמאקער.


למעשה איז עס אבער נישט ממש אזוי, די ישיבה וואו איך בין געגאנגען איז זייער שטרענג, און האב נישט אזוי הנאה דארט צו זיין. סיי די סדרים זענען זייער שטרענג, מ'דארף זיצן אויף איין פלאץ כמעט די גאנצע סדר, און סיי אין דארמעטארי איז זייער שטרענג, אויב טו איך איין קליינע זאך וועט מיר דער משגיח מוטשען פאר די קומענדיגע פאר טעג אזוי ווי איך וואלט געטון די גרעסטע עבירה.


אויסער דעם האב איך שווערע נסיונות אין קדושה, איך דארף זיך רייסן יעדעס מאל איך גיי אין גאס, און איך בין שוין פיל מאל נכשל געווארן אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און דאס איז שוין יעצט ווען איך בין נאך יונג, וואס וועט שוין זיין ווען איך וועל ווערן עלטער?


איך וויל זייער שטארק אריינגיין אין אייער ישיבה, זאל איך דאס טון? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א מחזק זיין און געבן עצות ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אפילו דו פאלסט אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן איז דא א וועג פאר דיר צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה וואס ער פארעט זיך מיט אונז, מיט די אלע וואס ליגן נעבעך אין עבירות און קענען זיך פון דעם נישט ארויסזען; דער רבי קומט און ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי שטארק ער האט אונז ליב, ווי דער אייבערשטער ווארט אז דער מענטש זאל קומען צו אים, זיך אויסוויינען און תשובה טון.


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ברודער, פאלג דעם רבי'ן און נעם די עצה פון רבי'ן; גיי זוך אויף א ווינקעלע וואו קיינער זעט דיר נישט און קיינער ווייסט נישט וואס דו טוסט דארט און הייב זיך אן עפענען פאר'ן אייבערשטן, זאג אים דיין שווערע לעבן, דערצייל אים פארוואס דו ביסט אוועק געפארן פון שטוב, אז דו האסט נישט געקענט צוקוקן ווי דיין טאטע און מאמע קריגן זיך, זאג אים: "הייליגער באשעפער עכט וויל איך זיין גוט, איך וויל נישט טון די עקלדיגע עבירה, איך וויל נישט פוגם זיין בברית, אבער איך בין אזוי צעבראכן; אין שטוב איז מיר געווען ביטער, יעצט אין ישיבה איז מיר נמאס, די משגיחים מוטשען, ועל כולם מיין גרעסטע מוטשע - איז דער יצר הרע וואס מוטשעט מיר, ער לאזט מיר נישט אפ, ער פלאקערט אין מיר; עס ברענט אין מיר א פייער פון עבירות. אייבערשטער זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, גלייב מיר אייבערשטער אז איך וויל זיין גוט, איך גיי זיין גוט, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון, יעדעס מאל מאך איך אפ 'פון יעצט בין איך וואויל; פון יעצט איז געענדיגט מיט אלע שלעכטס' און ווייטער טרעף איך זיך פוגם זיין".


ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, ער זאגט: "רבונו של עולם, חָטָאתִי - איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי – איך האב געזינדיגט", ווייל ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


שטארק זיך מיט התבודדות, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס כביכול מיט אים, מען בעט אים ער זאל מוחל זיין. בפרט בחורים וואס זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן חתונה האבן, קיינער גלייבט זיי נישט; קיינער ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער, נאר די אמת'ע צדיקים - זיי טענה'ן פאר די בחורים פאר'ן בית דין של מעלה, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן: "איך וועל טענה'ען אויבן אין הימל פאר'ן בית דין של מעלה אז בחורים זענען נישט שולדיג, בחורים זענען וואויל, דאס וואס זיי פאלן אין עבירות, זיי זענען פוגם אין פגם הברית, זיי פאלן אראפ אין עֲשָׂרָה כִּתְרִין דִמְסָאֲבוּתָא - דאס איז ווייל זיי דארפן חתונה האבן, מען קען זיי נישט געבן קיין עונש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#931 - ווי אזוי קען איך משפיע זיין פאר אנדערע אידן?
הפצה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער איבערגענומען אז איך האב שוין ענדליך די זכי' און געלעגנהייט צו שרייבן צום ערשטן מאל צום ראש ישיבה שליט"א, נאכדעם וואס איך האב שוין אויסגעהערט זייער אסאך שיעורים, און זיך ברוך ה' אנגעזאפט מיט פשוטע אמונה.


מיין שאלה איז אזוי, איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, איך שפיר אבער אז איך האב א ווארעמקייט אין מיר צום באשעפער, און איך האב שטארק חשק דאס ארויסצוגעבן פאר נאך אידן, משפיע צו זיין פון מיין ווארעמקייט פאר אידישע קינדער, זאל עס זיין פארצולערנען א שיעור אין גמרא אדער משניות, צו מאכן א פארברענג, און דאס גלייכן.


אסאך מאל שפיר איך ממש ווי איך גיי אויס צו קענען משפיע זיין אויף אנדערע, איך זע אבער נישט קיין וועג ווי אזוי איך קען אנקומען צו דעם, אפשר האט איר פאר מיר אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט באמת העלפן אנדערע זאלסטו גיין הפצה, פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן; נעם ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים און גיי דערמיט אין הייזער, אין שול'ן און אין כוללים, דאס איז א תיקון פאר אלע הארבע עבירות וואס מען דארף מתקן זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס דארף מתקן זיין די עבירות פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


דו שרייבסט אז דו שפירסט ווי דו גייסט ממש אויס צו משפיע זיין פאר אנדערע, זאלסטו גיין הפצה; דאס וועט דיר געבן א געפיל ווי דו ראטעוועסט מענטשן, דו וועסט האבן א חלק אין די גאולה שלימה וואס וועט קומען בזכות די וואס פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, וואס אנטפלעקט פאר יעדן די רחמנות פונעם אייבערשטן וואס ער האט צו יעדן איד, אפילו ווי ווייט מען איז אוועק געפאלן קען מען נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז זייער חשוב אין הימל, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#930 - איך וויל זיין אן ערליכע איד, אבער איך פאל כסדר
התחזקות, קדושה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק מיט וואס איך בין זיך מחי' טאג טעגליך.


איך פאל אסאך אין קדושה, איך בין אסאך פוגם בברית רחמנא ליצלן, די אויגן היט איך זיך בכלל נישט, איך לויף נאך עבירות די גאנצע צייט, און איך האלט עס שוין מער נישט, איך קען נישט מיר, איך וויל שוין זיין אן ערליכער איד. איך האב שוין אלעס פרובירט, איך האב אסאך עליות, אבער נאך פיל מער ירידות, וואס וועט זיין מיט מיר?


איך בין מעביר סדרה, איך פרוביר צו זאגן משניות וויפיל איך קען, און א בלאט גמרא יעדן טאג. איך זע אן אינטערעסאנטע זאך אז רוב מאל ווען איך בין אראפגעפאלן האב איך פונקט יענעם עפעס אויסגעלאזט, אדער דאס מעביר סדרה זיין אדער עפעס אנדערש.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש טוט תשובה, ער קומט צוריק צום אייבערשטן, דארף ער וויסן אז די קליפות און משחיתים וואס ער האט באשאפן פון עבירות וועלן אים נאכלויפן און אים פרובירן צוריק צו כאפן; זיי לויפן נאך דעם מענטש און ווארפן אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז דער מענטש איז שטארק, ער גייט ווייטער צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו די קדושה, ער וויינט צום אייבערשטן ער זאל אים מוחל זיין אויף אלע עבירות, דורכדעם הרג'עט ער אויס אלע קליפות און משחיתים.


טייערער ברודער נעם די חיזוק פון רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפ ווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק ביי זיך, געב נישט נאך, געב נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט הייבט מען אן פאלן, ווען מען הייבט אן תשובה טון הייבט מען אן האבן ביטערע נסיונות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפ'ן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#929 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער זיך צו פירן איידל?
חינוך הילדים, קדושה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען, וואס האבן מיר געהאלפן א געוואלד, ס'האט געהאלפן אויפבויען מיין שטוב, און איך האב א הערליכע שלום בית מיט מיין מאן לכבוד די שיעורים.


מיר האבן ברוך ה' ליכטיגע קינדער מיט אסאך ענערגיע, יעצט ווען מ'זיצט אינדערהיים מיט די קינדער האבן מיר געקויפט אסאך ערליי שפילצייג און ארטס און קרעפטס, און מיר שפילן אסאך מיט די קינדער.


איך האב אבער א פראבלעם אז איך זע אז די קינדער פירן זיך נישט איידל, און רירן אן אויף נישט איידעלע פלעצער, און וויפיל מיר האבן שוין גערעדט צו זיי וועגן דעם זייער שטרענג, האט עס נישט געהאלפן.


די שאלה איז וואס מיר דארפן טון ווייטער, מער זאגן? שרייען? אדער נאך מער פון דעם? בפרט יעצט ווען די קינדער זענען א גאנצן טאג אינדערהיים, מוזן מיר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אויסלערנען קינדער ווען זיי זענען נאך גאר יונג אז מען טאר נישט לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש; פון ווען זיי זענען נאך גאר קליין דארף מען זיי זאגן אן א שיעור מאל: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט, דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן", און אויב מען זעט אז זיי פירן זיך נישט איידל וכו' געבט מען א פעטשל אויף די הענט און מען זאגט נאכאמאל מיט א שטרענגע טאן: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט!" ביז זיי פארשטייען אז דאס איז זייער א הארבע זאך, וועלן זיי זיך היטן און אויף וואקסן הייליג.


נעמטס אריין דעם כלל, ווי יונגער מען הייבט אן מחנך זיין די קינדער אלץ גרינגער וועט זיין די ארבעט מיט זיי שפעטער, אבער אז מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען טראכט אז זיי זענען נאך קליינטשיג וכו' וכו' - דעמאלט איז זייער שווער שפעטער, בפרט אין קדושה; אז מען זאגט נישט אן די קינדער יונגערהייט פון וואס מען דארף זיך היטן איז זייער שווער שפעטער.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות, אז די קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, זיי זאלן קיינמאל נישט פוגם זיין אין קיין שום מידה און זיי זאלן זיין אפגעהיטן אין קדושה, ווייל תפילה איז די איינציגסטע זאך וואס איז א זיכערע עצה, אלע עצות וואס מען געבט פאר'ן מענטש איז א ספק צי עס וועט נישט ערגער מאכן און א ספק ספיקא צי עס וועט העלפן; פאר איינעם העלפט עס יא און פאר א צווייטן העלפט עס נישט, עס מאכט אים נאר ערגער, אבער תפילה - דאס איז א עצה פאר יעדן, דאס איז א זיכערע עצה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ", ווען א מענטש בעט דעם אייבערשטן און טרעט נישט אפ פון דעם, ער בעט און בעט און מוטשעט - "אֵין תְּפִלָּתוֹ חוֹזֶרֶת רֵיקָם", וועט ער נישט אוועק גיין מיט ליידיגע הענט, ער וועט געהאלפן ווערן; בפרט א אידישע מאמע וואס בעט דעם אייבערשטן טאג און נאכט: "הייליגער באשעפער, געב מיר הייליגע קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן קיינמאל נישט פוגם זיין בברית, זיי זאלן אויסוואקן ריין", זי בעט אויף איר שפראך טאג און נאכט פאר אירע קינדער - וועט זי זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער בנים צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#928 - איז תיקון חצות געמאכט אויך פאר פשוטע אידן?
תפלות אויף אידיש, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ליקוטי מוהר"ן איבער די גרויסקייט פון תיקון חצות, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי דאס ארבעט, ווען און וואס זאגט מען? און צי איז עס נישט געמאכט נאר פאר געהויבענע אידן עובדי ה'? ווייל איך קען נישט קיין מענטשן וואס שטייען אויף חצות.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אויסקלארן איבער דעם ענין פון אויפשטיין און זאגן תיקון חצות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן "תיקון חצות" ווייל מען מיינט אז דאס איז נאר געמאכט פאר גרויסע צדיקים; די מעשה ביכלעך לייגן אראפ תיקון חצות כאילו דאס איז א שרעקעדיגע זאך, מען צינדט אן א ליכט און מען זיצט אויף דער ערד מיט א זאק וכו'; מען לייגט דאס אראפ אזוי דראמאטיש און מען מיינט אז דאס איז נאר פאר צדיקים וואס זענען זייער גרויס וכו'. אבער עס איז נישט אזוי, תיקון חצות דארף יעדער איינער זאגן, דאס איז אן הלכה אינעם ערשטן סימן אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף ב) און אזוי טוען אלע ברסלב'ער חסידים, מען זאגט יעדע נאכט תיקון חצות.


אז מען קען זיך איינפירן צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי - איז אודאי דאס די וועג, אבער דער מציאות ווייזט אז היינטיגע צייטן האט זיך די וועלט צוגעוואוינט אז מען גייט שלאפן שפעט דעריבער האט אונז מוהרא"ש זכרונו לברכה געגעבן אן עצה אז מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו זאגן תיקון חצות פאר מיר גייען שלאפן, עס קומט סיי ווי אויס רוב מאל צו גיין שלאפן נאך חצות.


תיקון רחל איז צוויי קאפיטלעך (קאפיטל קלז): על נהרות בבל און (קאפיטל עט): מזמור לאסף. דערנאך זאגט מען (איכה ה): זכור ה' מה היה לנו, נאכדעם זאגט מען תיקון לאה (קאפיטל כד): לדוד מזמור, (קאפיטל מב): כאיל תערג, (קאפיטל מג): שפטני, (קאפיטל כ): יענך ה', (קאפיטל סז): למנצח בנגינות, (קאפיטל קיא): אודה ה', (קאפיטל נא): בבוא עליו נתן הנביא, (קאפיטל קכו): שיר המעלות; שבת און יום טוב און ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, זאגט מען נישט תיקון רחל, נאר די זעקס קאפיטלעך פון תיקון לאה.


ווען מען זאגט דעם תיקון חצות דעמאלט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע גלות; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסח): "ווען דו זאגסט תיקון חצות זאלסטו זיך אינזין האבן; "אֵיכָה נֶחֱרַב הָאוּלָם", רבונו של עולם איך בין אינגאנצן חרוב ונחרב, "עַד אָן יִצְעַק בַּשְּׁבִי", ווי לאנג נאך וועל זיין אין געפענגעניש ביים יצר הרע וכו'?! מען וויינט: "עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה", איך וויין רבונו של עולם, "עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם", אויף מיינע אויגן וואס איך היט נישט; איך קוק עבירות, וואס דאס איז גורם: "כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי", אז איך זאל זיך דערווייטערן פונם צדיק וואס ער איז "מֵשִׁיב נַפְשִׁי", און איך פאל אראפ אין פגם הברית. "הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים", איך זינדיג בהוצאת זרע לבטלה, "כִּי גָבַר אוֹיֵב", ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר; אלעס צוליב "עֵינִי עֵינִי", אז מיינע אויגן זענען נישט ריין.


וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן בזה העולם, ער כאפט אריין צו זאגן ביינאכט תיקון חצות און איז זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#927 - איך האב ב"ה חתונה געהאט, אבער איך פאל נאכאלץ אראפ
קדושה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, פאר בערך א האלב יאר צוריק בין איך אנגעקומען צו די חיזוק יומי און די דרשות, און פון דעמאלט האט מיר זיך מיין לעבן געטוישט אין אלע הינזיכטן, בפרט אין אמונה און אין שלום בית, און אזוי ווייטער.


איך האב אבער איין זאך אויף וואס איך דארף נאך אסאך חיזוק, ליידער ליג איך נאך אין בלאטע, איך פאל אסאך אין קדושה, ליידער פאל איך נאכאלץ דורך אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און וויפיל איך פרוביר זיך צו שטארקן גייט עס מיר נישט. איך האב שוין פארגאסן טייכן טרערן פאר'ן אייבערשטן, איך בין אבער נאכנישט געהאלפן געווארן.


איך האב עס נישט דערציילט פאר קיינעם, איך שרייב עס אבער פאר אייך ווייל איך שפיר אז איר וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס דערפון מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך ווארט זייער שטארק צו הערן פון אייך אן הדרכה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט א ווייב, דו האסט חתונה געהאט און נאך אלץ פאלסטו אראפ אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, קען זיין אז מען האט דיר געגעבן א פארדרייטע תורה; ליידער ליידער זענען פארהאן מדריכים וואס זענען מדריך חתנים צו לעבן מיט פרישות, מען פארדרייט זיי דאס לעבן און דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן פאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שפיי אויס אלע פאלשע לימודים וואס מען האט דיר געלערנט. אונזער וועג ווייזער איז די הייליגע תורה; נעם דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן אז מען האט געפרעגט דעם חזון איש זכותו יגן עלינו צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


אנטלויף פון די מניוולים וואס שטעלן זיך אהער ווי פרומע מענטשן און זיי נארן אריין אומשולדיגע אינגעלייט און ווייבלעך מיט זייערע פאלשע הדרכות, וועסטו שוין נישט פאלן אין פגם הברית.


עס איז נישט שייך צו שרייבן אין א בריוו ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב על פי תורה, מפני הצניעות; נעם די הייליגע גמרא מיט'ן שלחן ערוך וועסטו זען ווי אזוי מען קען לעבן א ריינע לעבן אן אראפפאלן אין עבירות.


הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים") ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בדברים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער זאגן איין זאך: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין כריתות; ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#926 - וואס מיינט אז מ'טאר נישט הערן זינגען פון א רשע?
ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס מיינט דאס וואס דער רבי זאגט אז מ'זאל נישט הערן זינגען פון א מנגן רשע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס זייער פשוט צו פארשטיין.


ווען דער רשע זינגט ניגונים, זינגט ער ניגונים פון ניבול פה; יעדע ניגון וואס ער זינגט איז איין שטיק שמוץ, קומט אויס אז ווען מען הערט א רשע זינגען איז דאס שווער פאר עבודת השם, מען הייבט אן האבן שלעכטע מחשבות, נאכדעם באקומט מען א שלעכטע דיבור, מען זינגט מיט די שמוציגע ניגונים - ביז מען פאלט אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן. דערפאר זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם, ווייל דער ערליכער איד זינגט זיינע ניגונים פון אמונה, פון התחזקות, פסוקים געפלאכטן פון בטחון.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן וואס פאר א ניגונים מען הערט, עס זאל נישט שאטן פאר'ן מענטש.


נישט נאר ביי ניגונים דארף מען אכטונג געבן, נאר מען דארף אויך אכטונג געבן מיט וועם מען רעדט. ווייל רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות אפטרופוס, הלכה ג) נישט נאר א ניגון פון א רשע שאדט פאר עבודת השם, נאר אפילו סתם הערן דעם קול פון א רשע איז א גרויסע סכנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מג): "הַדִּבּוּרִים שֶׁל רָשָׁע שֶׁהוּא בַּר דַּעַת מוֹלִידִים נִאוּף בְּהַשּׁוֹמֵעַ", עיין שם, ווען מען רעדט מיט א רשע, איינער וואס גלייבט נישט אינעם אייבערשטן - קען ער שעדיגן דעם מענטש, ער קען אריין ברענגען אינעם מענטש ער זאל אויך פארלירן די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#925 - ווי אזוי קען איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע לעבן וואס כ'האב באקומען?
לימוד התורה, הכרת הטוב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן אין אלע הינזיכטן, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, מיט בערך א האלב יאר צוריק, האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט צום גוטן, איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן.


ספעציעל דארף איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע סדר דרך הלימוד. אלס בחור אין ישיבה גדולה האב איך ליידער כמעט נישט געעפנט קיין גמרא, נאך די חתונה האב איך פרובירט צו מאכן א שיעור מיט א חברותא יעדע נאכט, אבער ס'איז אלץ געווען פארשידענע סיבות און שטערונגען אז מיר האבן נישט געקענט לערנען געהעריגע, זייט דעמאלט האב איך שוין אנגעהויבן 6 מסכתות, אבער קיין איינס האב איך נישט זוכה געווען צו ענדיגן.


ביז ווען דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך האב מחליט געווען צו פאלגן, און דעם שבת גייט איך אי"ה פראווען א גרויסע סיום אויף מסכת ברכות!


איך בין שוין 24 יאר אלט, און דאס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך ענדיג א מסכתא פון דעקל צו דעקל. אין צוגאב צו דעם וואס איך בין זאג תהלים יעדן טאג, און איך בין מעביר סדרה. לעצטנס האב איך געטראפן א מפיץ וואס האט מיר געגעבן אויך ספרים און קונטרסים, און איך בין זיך ממש מחי'.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען אויף די שיינע זיסע לעבן וואס איך האב באקומען פון אייך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פאר דעם שיינעם בריוו וכו'.


וויסן זאלסטו אז דער דרך הלימוד איז נישט מיין דרך הלימוד, דאס איז פון הייליגן רבי'ן; דער יישר כח קומט זיך פאר'ן רבי'ן און באזונדער פאר מוהרא"ש וואס האט דאס אנטפלעקט פאר די וועלט.


ווער עס הייבט אן צו לערנען אויף דעם וועג עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט; מען זעט אז עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און צו ענדיגן די גאנצע תורה. אפילו מען פארשטייט נישט אין אנהייב וואס מען לערנט לערנט מען ווייטער אן פארשטיין ביז מען איז זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין, מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל מען לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


עס איז נישט שייך צו פארשטיין דעם דרך הלימוד, מען דארף עס אויספרובירן; אז מען פרובירט דאס אויס איז ממש מחי' נפשות. מען הייבט אן לערנען און מען שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אויף דער וועלט, ווייל געווענליך ווען מען לערנט וויל מען פארשטיין און אז מען פארשטייט נישט ווערט מען צעבראכן און מען הערט אויף לערנען, דעריבער האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט, אנדערש איז ווען דער מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#924 - נאכ'ן חוזק מאכן פון ברסלב אזוי לאנג, האט עס יעצט מיר געראטעוועט
חסידות ברסלב, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, איך בין אלעמאל אוועקגעשטאנען פון ברסלב, איך פלעג אלץ חוזק מאכן פון די מענטשן וואס טיילן ארום די ברסלב'ע קונטרסים, אבער יעצט ווען איך זיץ שוין אזוי לאנג אינדערהיים מיט מיין ווייב און קינדער, איך בין איינגעהילט אין שרעק פון די קאראנע וויירוס, האב איך זיך געבראכן און אנגערופן די טעלעפאן ליין פון "קול ברסלב", און איך בין זיך ממש מחי' די שיעורים און חיזוק, עס האט מיר ממש צוריק געברענגט דאס קאליר אויפ'ן פנים, און איך האב אויך געבעטן מיין ווייב זי זאל נאר רופן "קול ברסלב", זי זאל נישט רופן די נייעס ליינס וואס דערשרעקן אזוי שטארק און לאזן נישט לעבן.


פאר דריי יאר צוריק איז אנגעקומען צו מיר אינדערהיים א ברסלב'ע קונטרס, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב עס נישט ארויסגעווארפן אין לויף פון די צייט, אבער יעצט האב איך עס אפירגעקראצט, און איך זע אז דער אייבערשטער האט עס צוגעגרייט ממש פאר מיר, ס'רעדט צו מיין הארץ, איך ליין דארט ממש וואס איך דארף יעצט צו הערן, און ס'איז ווי נערווען טאבלעטן פאר מיר אין די יעצטיגע שווערע צייט.


איך וויל אייך זייער שטארק איבערבעטן אז איך האב אזוי אוועקגעמאכט און חוזק געמאכט פון ברסלב די אלע יארן, ווייל היינט שפיר איך אז איך קען ממש נישט אנגיין אין לעבן אן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים; וואס קען מען טון אז דעם רבינ'ס זאך גייט מיט בזיונות, עס איז א געשפעט.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווי פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס פאר אן עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס איז די עצה; דער סמ"ך מ"ם מאכט זיכער אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן. ווען ער זעט אז דער רבי איז מתקן אלעמען, דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע, אזוי ווי דער מציאות איז, אז ווען מען קומט קיין אומאן צינדט זיך אן אינעם מענטש אן אינערליכער פייער, דער מענטש הייבט אן בענקען צום אייבערשטן; וואס טוט דער סמ"ך מ"ם? ער לאכט אפ פון דעם און מאכט א געשפעט, ער פארשפרייט בילדער פון אינטערעסאנטע מענטשן וכו', אזוי האלט ער צוריק מענטשן פון קומען קיין אומאן.


די אלע וואס רעדן און שפעטן פון ברסלב - שפעטן נישט פון ברסלב; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער; באמת איז דאס א פלאץ פון ווערן נאנט צום אייבערשטן, א פלאץ פון ווערן אן ערליכער איד, א פלאץ צו קענען לעבן דא אויף די וועלט א לעבן פון גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#923 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיינע מיידלעך זאלן דאווענען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן.


מיינע טעכטער זענען ב"ה זייער וואויל, זיי פאלגן, זיי העלפן מיט די שטוב ארבעט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר. עס איז אבער דא איין זאך וואס באדערט מיר זייער, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע שטוב, און ביי אונז האבן די מיידלעך אלעמאל געדאווענט פרייטאג צו נאכטס און שבת אינדערפרי, דער גאנצער שבת האט זיך געדרייט אויפ'ן דאווענען, מיט א געשמאק און א חיות. ווי אויך האבן מיר יעדן אינדערפרי געזאגט ברכות. פאר מיינע טעכטער פאלט אבער בכלל נישט איין צו דאווענען, אפילו אין דער וואכן, זיי ווייסן אז פרויען זענען פטור פון דאווענען און שוין.


איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיי יראת שמים, אדער ווייסן זיי פשוט נישט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אפשר בין איך דער וואס ווייסט נישט ריכטיג, אפשר דארפן זיי טאקע גארנישט דאווענען.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווי אזוי איך דארף צו באהאנדלען די זאך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אמאל אז געווען א אידענע וואס איז געקומען צום רב מיט אן ענליכע בקשה וואס איר האט, זי האט זיך באקלאגט אז זי ווייסט נישט פארוואס ביי איר איז אנדערש ווי ביי איר מאמע, ביי איר מאמע עליה השלום פלעגט שטענדיג וואקסן אין גארטן אונטערן שטוב טאמאטעס, איגערקעס, פאפריקע וכו', עס איז געווען אזוי געשמאק; ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי פלעגט מען גיין ארויס נעמען פרישע גרינס, מען פלעגט זיך ממש דערקוויקן, ביי מיר - וויינט די פרוי - וואקסט נישט קיין שום גרינס; זי האט געוויינט און געבעטן אן עצה. האט דער רב איר געענטפערט מיט א שמייכל: "אייער מאמע עליה השלום פלעגט פלאנצן, זי האט געאקערט, געזייט און באוואסערט, איז נאכדעם ארויסגעקומען פיינע גרינס, אז איר ווילט האבן פיינע גרינס זאלט איר זיך באפלייסן מיט'ן פלאנצן וכו' וועט ביי אייך אויך וואקסן".


דאס זעלבע זאג איך אייך, קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, מען דארף אסאך הארעווען צו זען שיינע פירות. אזוי ווי ווען מען פלאנצט איז דא ווייכע ערד און הארטע ערד, אזוי איז מיט קינדער. יעדעס קינד איז א באזונדערע וועלט פאר זיך, ביי איינעם זעט מען שנעלער די פירות און ביי א צווייטן נעמט דאס אביסל לענגער, אבער דאס איז זיכער, אז מען אקערט און מען פלאנצט זעט מען שיינע פירות.


קינדער דאווענען נישט פון זיך אליין, מען דארף זיי זאגן איין מאל און א צווייטע מאל און א דריטע מאל, טויזנט מאל איז ווייניג געזאגט - ביז זיי הייבן אן דאווענען פון זיך. אייער מאמע האט אין אייך אריין געלייגט א גוטע חינוך, זי האט אייך מחנך געווען צום דאווענען, דאס דארפט איר נאכמאכן; איר דארפט רעדן מיט די קינדער, זיי זאגן: "יעצט דארף מען דאווענען"; די קינדער וועלן מן הסתם נישט הערן ווי איר רעדט צו זיי, זיי וועלן זיין פארנומען מיט זייערע זאכן; איינער מיט ליינען, א צווייטער מיט שפילן, אזוי ווי די געזונטע נאטור ביי קינדער איז, אז זיי הערן נישט, זאלט איר דאס נאכאמאל זאגן, מיט אביסל א העכערע קול, ביז זיי וועלן זען אז מען דארף פאלגן און זיי וועלן דאווענען.


עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו מיידלעך דארפן דאווענען, אודאי דארפן מיידלעך דאווענען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כ:): "וְחַיָּבִין בִּתְפִלָה", פרויען זענען מחויב צו דאווענען; און אז זיי ווילן נישט דאווענען דארפט איר נישט ווערן פארלוירן, נאר זיי זאגן נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן דאווענען און אויסוואקסן ערליכע אידן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן מיט די הענט אויפ'ן פנים, איר זאלט נישט שוינען קיין טרערן; בעטס:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער צדיקים, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים; טאטע זיסער לייג אריין א זיסע טעם אין מיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן צו דאווענען, זיי זאלן ליב האבן דעם סידור, זיי זאלן שפירן ווי דער סידור איז זייער לעבן, וואס זיי דארפן אין לעבן זאלן זיי נאר בעטן פון דיר.


נעם אן מיין געבעט בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר דיין כבוד וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.