שאלה אין קורצן ענין
#922 - וואס קען מען טון ווען די קאראנע וויירוס בוזשעוועט?
תשובה, קאראנע וויירוס, חשבון הנפש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פון נאך און נאך אידן וואס גייען ליידער אוועק פון די וועלט פון די קאראנע וויירוס, ס'איז ממש א געפערליכער פחד, וואס דארפן מיר טון אין אזא צייט? איז בכלל דא עפעס צו טון? אפשר דארף מען גוזר תענית זיין?


ווי אזוי קען מען זיך מחזק זיין אין אזא צייט? און ווי אזוי איז מען מחזק די ווייב און קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס פרעגסטו צי עס איז בכלל דא עפעס וואס צו טון? אודאי איז דא וואס צו טון, מען דארף תשובה טון! יעדער איינער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש און פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן. ווייל ווען עס קומט שוועריקייטן אויף די וועלט איז אלעס נאר אונז אויפצואוועקן פון שלאף, מיר זאלן תשובה טון און חס ושלום זאגן אז די צרה קומט פון זיך אליינס, עס איז א טבע, מקרה, מזל.


ווער עס זאגט אז די קאראנע קומט פון זיך אליינס, דער איז אן אכזר, א רוצח; ווייל אז מען טוט נישט קיין תשובה, מען קוקט דאס אן ווי א זאך וואס וועט אריבער גיין וועט מאכן אז עס זאל קומען נאך צרות רחמנא לצלן.


ווי מעג א איד פרעגן אזא שאלה, צי עס איז דא וואס צו טון? אודאי איז דא וואס צו טון, מיר דארפן טון תשובה טון. די תורה זאגט (רמב"ם הלכות תעניות, פרק א) ווען עס קומט א צרה דארף מען וויסן אז דאס איז צוליב אונזערע מעשים וואס מיר דארפן פאררעכטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ירמיהו ה, כה): "עֲוֹנוֹתֵיכֶם הִטּוּ אֵלֶּה וְחַטֹּאותֵיכֶם מָנְעוּ הַטּוֹב מִכֶּם", אייערע עבירות האט דאס אלעס געברענגט און אוועק גענומען אלע גוטס, און דער וואס זאגט: "מִמִּנְהַג הָעוֹלָם אֵרַע לָנוּ, וְצָרָה זוֹ נִקְרָה נִקְרֵית", דאס איז די סדר פון די וועלט, עס פאסירט אזוי וכו', "הֲרֵי זוֹ דֶּרֶךְ אַכְזָרִיּוּת, וְגוֹרֶמֶת לָהֶם לְהִדַּבֵּק בְּמַעֲשֵׂיהֶם הָרָעִים", איז דער מענטש א אכזר, "וְתוֹסִיף הַצָּרָה צָרוֹת אֲחֵרוֹת", און דאס וועט ברענגען חס ושלום נאך צרות, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (ויקרא כז, כז-כח): "וַהֲלַכְתֶּם עִמִּי בְּקֶרִי, וְהָלַכְתִּי עִמָּכֶם בַּחֲמַת קֶרִי", אויב איך וועל ברענגען צרות – זאגט דער אייבערשטער – און איר וועט זאגן אז דאס איז געקומען פון זיך אליין, וועל איך ברענגען נאך צרות.


דעריבער אז מיר שטייען אין אזא צייט דארף יעדער איינער זיך מתבונן זיין וואס ער דארף פאררעכטן און זיך פארנעמען צו טון גוטע מעשים, דורכדעם וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט ניסים; די מחלה פון קאראנע און אלע אנדערע מחלות מיט וואס אידישע קינדער מוטשען זיך וועט אוועק גענומען ווערן פון אונז, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (שמות טו, כו): "כָּל הַמַּחֲלָה אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְמִצְרַיִם לֹא אָשִׂים עָלֶיךָ כִּי אֲנִי ה' רֹפְאֶךָ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#921 - מעג מען געבן פאר קינדער צו ליינען מאגאזינען?
חינוך הילדים, מאגאזינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' עטליכע אינגלעך אין שטוב, און ווען עס קומט די לאנגע שבתים, אמאל איז עס פרייטאג צו נאכטס און אמאל שבת נאכמיטאג, זוכן זיי מיט וואס זיך אויסצולופטערן. עס קומען ארויס יעדע וואך מאגאזינען פון אויסגאבעס פון ערליכע שרייבער ספעציעל פאר קינדער, איז מיין שאלה אויב ס'איז געזונט און אויסגעהאלטן צו געבן פאר די קינדער די אלע סארט ליין מאטריאל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בעסער נישט אריין צו נעמען אין שטוב קיין שום מאגאזין; נישט קיין נפקא מינה וואס פאר א סארט.


עס איז דא גענוג וואס צו טון מיט די קינדער; אפילו אין די לאנגע שבתים און לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס איז דא וואס מען קען טון מיט זיי, צום ביישפיל אז די עלטערן לייגן זיך שלאפן איז גוט אז די קינדער זאלן זיך אויך אראפלייגן, אז די עלטערן שמועסן קענען די קינדער מיט שמועסן, אז מען גייט שפאצירן נעמט מען זיי מיט אויפ'ן שפאציר וכו', מען דערציילט זיי שיינע מעשיות און מען פארברענגט שיין צוזאמען, וכו'.


היינט זענען דא אזויפיל מעשה ביכלעך פון צדיקים פאר קינדער אין אלע יארגענג; דאס איז דאס בעסטע זאך צו געבן פאר קינדער צו ליינען, ענדערש און בעסער ווי זיי אנשטאפן מיט די זאכן.


וואויל איז דעם וואס נעמט זיין גאנצע שכל נאר פון די תורה און פון צדיקים; ער ליינט נישט קיין שום צייטונג און מאגאזין, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו האבן נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.

#920 - ווי אזוי האלט מען זיך רואיג נישט צו שלאגן די קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשטן וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר די פילע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון די געוואלדיגע שיעורים, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן. אויך האב איך ב"ה זוכה געווען די פארגאנגענע יאר צו מעביר סדרה זיין יעדע וואך מיט די עצה צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, איך האב ב"ה געענדיגט משניות, און יעצט לערן איך ש"ס, און אלעס אין אייער זכות.


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל נישט שלאגן די קינדער, איך פרוביר זייער שטארק דאס איינצוהאלטן, אבער ס'קען זיך אמאל מאכן נאך א שווערע טאג ארבעט, און די קינדער ווייסן פונקטליך ווי אזוי מיר אויפצורעגן, ברוך ה' אז ס'מאכט זיך נישט אפט, אבער ס'קען געשען אז איך זאל זיך פארלירן און שלאגן. איז מיין שאלה ווי אזוי צו האנדלען נאכדעם, ווי אזוי דאס צו פאררעכטן, זאל איך זיי איבערבעטן? זאל איך זיי זאגן אז איך האב געטון נישט ריכטיג? ווי אזוי פאררעכט מען דאס?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער ראש ישיבה קען מיר בכלל נישט, און איך קען נישט אזוי גוט דעם ראש ישיבה, און פון דעסט וועגן באקום איך אזויפיל חיזוק אין לעבן פונעם ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלאגן קינדער איז נישט קיין שום שכל, עס איז נאר אויסצובלאזן די אנגעצויגענע נערוון; דעריבער זאלסטו אכטונג געבן נישט צו שלאגן דיינע קינדער און זיכער נישט שלאגן פון איבערגעשטרענגטקייט, ווייל אויב מען שלאגט די קינדער ווען מען איז איבערגעשטרענגט און פארלוירן קען דאס זיין א גרויסע סכנה, מען קען זיי מאכן בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן. אזוי ווי עס האט פאסירט מיט'ן הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען א יונג קינד, ער האט איבערגעדרייט א שווערע באנק און דער מלמד זיינער איז געווען איבערגעשטרענגט און אומגעדולדיג, ער איז געווארן בכעס אויפ'ן קליינעם חיימ'ל און אנגעהויבן טאנצן אויפ'ן באנק וואס איז געלעגן אויף זיין פוס, ער האט געשפרינגען דערויף און געשריגן: "פארוואס האסטו איבערגעדרייט דעם באנק?!" שפעטער ווען חיימ'ל איז אהיים געקומען האט ער מורא געהאט צו דערציילן פאר זיין טאטע וואס האט פאסירט אין חדר, אזוי איז ער געבליבן מיט א פארווייטאגטע פוס כל ימיו.


נישט דא אזא זאך שלאגן די קינדער ווען מען איז פארלוירן אדער איבערגעשטרענגט; א מענטש אן שכל שלאגט די קינדער ווען ער איז איבערגעשטרענגט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בְּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל, נישט דא אזא זאך ווי שלאגן ווען מען איז מיד וכו'.


אין פאל מען דארף געבן א פעטשל פאר'ן קינד, ווען ער פירט זיך מיט חוצפה אדער ווען ער טוט סכנה'דיגע זאכן, דארף דאס זיין מיט ישוב הדעת, אן קיין פארלוירנקייט און אן קיין איבערגעשטרענגטקייט, ווייל אז מען שלאגט פון פארלוירנקייט אדער פון כעס איז דאס בכלל נישט קיין חינוך; אפילו מען רעדט זיך איין בשעת מעשה אז דאס איז חינוך, דארף מען וויסן אז דאס איז נישט קיין חינוך, נאר די כעס און די נערוון זאגן און רעדן איין דעם מענטש: 'יעצט דארף מען שלאגן', 'יעצט דארף מען פראסקענען'.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#919 - מעג מען הערן ניגונים פון אמונה אין די ספירה טעג אין די יעצטיגע שווערע צייטן?
שמחה, ניגונים, קאראנע וויירוס, ספירה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען אויף דעם וואס איר זענט זיך מוסר נפש מחזק צו זיין אידישע קינדער, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב אין די יעצטיגע שווערע קאראנע צייטן מעג מען הערן די ניגונים פון אמונה, צום ביישפיל די אלבומס "טאנץ מיט אמונה" און די אנדערע ניגונים פון אמונה, אין די טעג פון ספירה?


די ניגונים זענען מיר ממש מחי' און געבן מיר לעבן, אן די ניגונים ווער איך ממש פארטרוקנט און פארגליווערט, מעג איך עס הערן אין די ספירה טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין די ספירה טעג האלטן מיר אבילות אויף די פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט רבי עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה.


אבער עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (ספר אשר בנחל; שאלות ותשובות ברסלב) אז א מענטש וואס איז בעצבות ובמרה שחורה מעג הערן שטילערהייט פאר זיך מוזיק, זיך אויף צו לעבן; בפרט ניגונים וואס זענען מחזק אין אמונה, עס געבט לעבן פאר'ן מענטש, ווען מען הערט דאס קען מען הערן פאר זיך מוזיק.


בכלל איז זייער גוט צו הערן מוזיק, לעבעדיגע ניגונים; אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ, שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן, כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד, וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", מיט א ניגון קען מען זיך עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן; דערפאר איז גוט צו זינגען ניגונים וואס זענען מעורר דעם מענטש צום אייבערשטן.


דער עיקר דארפן מיר פאררעכטן אין די טעג דעם ענין פון בין אדם לחבירו, אכטונג געבן אויף א צווייטן, אכטונג געבן אויף יענעמס געפילן; אזוי וועלן מיר זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#918 - ווי אזוי גייט מען ארויס פון א שלעכטע גוסטע?
שמחה, עצבות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס העלפן מיר אזויפיל אין אלע תחומים אין לעבן, דער אויבערשטער זאל איך באצאלן בכפל כפלים.


איך בין א מענטש וואס טוישט כסדר די גיסטע, אמאל בין איך אין א גוטע גיסטע און אמאל אין א שלעכטע, און דאס שטערט מיר זייער. איך וויל אלץ זיין גוטמוטיג און אויפגעלייגט, אבער ווען איך פאל אריין אין א שלעכטע גיסטע, קען איך זיך ממש נישט ארויסזען דערפון. ווען ס'קומט מיר אויס צו לערנען אסאך, אדער צו טון עפעס א ספעציעלע גוטע זאך, דאן ווער איך פרייליך און צופרידן, אבער ביז דאן דארף איך אויך אן עצה.


ווי אזוי קען איך זיך האלטן אלץ בשמחה און אין א גוטע מוט?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת", דער נאטור פונעם מענטש איז זיך צו ציען צו זיין אין א שלעכטע גוסטע, "מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", ווייל עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם שוועריקייטן, יעדער איז אנגעפולט מיט יסורים, "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", דעריבער דארף מען זיך שטארקן און פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, זיין אין א גוטע גוסטע, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל, וַאֲפִלּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך.


זעט מען פון דעם אז דאס איז נישט דיין פריוואטע פראבלעם, אז דו פאלסט כסדר אריין אין א נישט גוטע גוסטע, נאר דאס איז ביי יעדן איינעם אזוי; דאס איז דער נאטור פונעם מענטש, זיך צו ציען צו זיין דערביטערט און באזארגט, און אלע דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן זיך פרייליך מאכן מיט וואס אימער, מיט יעדע זאך, אפילו מיט נארישקייטן.


די בעסטע עצה צו זיין פרייליך איז בעטן אויף דעם יעדן טאג; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, בעט די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין נאר פרייליך, איך זאל נישט אריין פאלן אין קיין שלעכטע גוסטע, איך זאל נישט פארגעסן דאס גוטס וואס דו געבסט מיר, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך שפיר זיך ווי צוויי מענטשן; איין מינוט בין איך פרייליך און די אנדערע מינוט פאל איך אריין אין א דעפרעסיע, איין מינוט בין איך רואיג און די אנדערע מינוט בין איך אימרואיג; איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, רואיג אין א גוטע גוסטע, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויפ'ן סמ"ך מ"ם וואס וויל מיר נאר דערשרעקן און דערביטערן, מיר צונעמען מיין רואיגע לעבן.


העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בִּזְכוּת רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב. יִּהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#917 - ווי אזוי שטארקט מען זיך צו רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' און מחזק מיט די דרשות און עצות צו יעדע צייט. א גרויסן יישר כח.


איך ווייס און איך פארשטיי די וויכטיגקייט פון רעדן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, און אלס א מאמע פון קינדער האב איך גענוג און נאך וואס צו בעטן, פון דעסטוועגן האב איך אבער נישט קיין געפיל צו רעדן צום אייבערשטן, וויפיל איך הער וועגן דעם און איך נעם זיך אונטער איך גיי עס טון, ווען עס קומט אבער למעשה רעד איך נישט צום אייבערשטן, איז דא אן עצה אויף דעם?


אויך לייד איך אסאך פון פוילקייט, און איך זוך אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן אויף דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל אייך קודם ענטפערן אויף אייער צווייטע פראגע.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפט) אז מען דארף זיך זייער אכטונג געבן פון עצבות און עצלות, ווייל דער גאנצער כח פונעם סמ"ך מ"ם איז עצבות און עצלות, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", דער שלאנגס עסן איז ערד; דער שלאנג איז דער סמ"ך מ"ם, זיין זאך איז ערד, וואס פון ערד קומט די שלעכטע נאטורן פון פוילקייט און צוגעלייגטקייט, דער סמ"ך מ"ם זוכט אריין צו ברענגען אין מענטשן די נאטורן וואס קומט פון ערד.


ווען מען האט די שלעכטע נאטורן פון דעפרעסיע און פוילקייט, דארף מען נעמען די עצה וואס רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ה', אות מ), די עצה פון אמונה; אמונה קומט אויך פון ערד, עס איז אבער פון הייליגע ערד, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לז, ג): "שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה"; אז מען האט אמונה הייבט מען אן באקומען חיות, מען וויל לעבן, מען וויל אויפטון, מען וויל וואקסן, מען וויל מצליח זיין; אמונה הייבט דעם מוט פונעם מענטש.


דערפאר אז איר שרייבט אז איר זענט פויל, איר האט נישט קיין מוט, זאלט איר זיך שטארקן אין אמונה, איר זאלט רעדן פון אמונה מיט אנדערע און אויך מיט זיך אליינס. אזוי אויך איז כדאי איר זאלט הערן ניגונים פון אמונה, דורכדעם וועט ביי אייך געשטארקט ווערן דער מוט, איר וועט האבן חשק צו טון אייער ארבעט מיט א חשק און זריזות.


דאס וועט שוין זיין אן עצה פאר אייער ערשטע פראגע, וואס צו טון צו זיין שטארק אין תפילה; ווייל אז מען האט א שטארקע אמונה, מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, 'מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', דעמאלט רעדט מען גרינג צו אים. ווען א מענטש גלייבט אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און הערט צו וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט יעדעס ווארט מיט כוונה. דער סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט די אמונה אז דער אייבערשטער געפונט זיך דא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה', וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#916 - ווי אזוי לערנט מען שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד?
הלכה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות, ובפרט יעצט ווען איך לערן שוין א שטיק צייט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, און שוין געענדיגט עטליכע מסכתות הש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'לערנט שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעצט וויל איך לערנען הלכות פסח, און איך ווייס נישט אויב איך זאל לערנען בלויז מחבר רמ"א, אדער מיט משנה ברורה, אדער נאר מיט באר היטב, ווייל איך האב נישט צופיל צייט פאר דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן  כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר, וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ, כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג שלחן ערוך חק ולא יעבור, אפילו מען האט נישט קיין צייט מען איז אן אונס, דאך זאל מען לערנען א סעיף אין שלחן ערוך אפילו שלא כסדרן, ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג פון זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ, וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און ווען ער איז נישט קיין אונס זאל ער זען צו לערנען אויף א סדר, יעדן טאג אביסל, ביז ער וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, און נאכדעם זאל ער אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך. אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


עס איז כדאי צו האבן צוויי שיעורים אין שלחן ערוך; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך: טורי זהב, מגן אברהם וכו'. מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור מחבר רמ"א; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען יעדן טאג מיט טלית ותפילין דרבינו תם אביסל הלכה, דאס פלעגט זיין דער סימן פון א ברסלב'ער חסיד – אז ער האלט אין טלית בייטל א קליינעם 'שלחן ערוך'. די אנדערע שיעור זאלסטו לערנען לויט'ן סדר אין שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים ביז הלכה למעשה, און פאר א יום טוב זאלסטו לערנען די הלכות פונעם יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#915 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס זאגט ליגנט?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי דארף מען זיך פירן מיט א פיר יעריג קינד, וואס האלט אין איין זאגן ליגנט, און מאכט אויף מעשיות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך מאל האבן קינדער מורא צו זאגן דעם אמת, זיי האבן מורא אז מען וועט זיי געבן א שטראף וכו', דעריבער מאכן זיי אויף מעשיות וואס זענען נישט אמת; די עצה פאר דעם איז מען זאל זאגן פאר'ן קינד: "אויב דו וועסט זאגן אמת וועסטו נישט באקומען קיין שטארף, אויב דו וועסט זאגן ליגענט וועט מען דיר דארפן געבן א שטראף", דעמאלט וועלן זיי זאגן דעם אמת.


צום ביישפיל, מען טרעפט אמאל ביי קינדער א טייערע חפץ אדער געלט און ווען מען פרעגט זיי פון וואו זיי האבן דאס, הייבן זיי אן מאכן א מעשה וכו'; דארף מען זאגן פאר'ן קינד: "אויב וועסטו זאגן דעם אמת וועט מען גארנישט טון, אבער אויב וועסטו זאגן ליגענט וועט מען דארפן געבן א שטראף"; מען דארף העלפן דאס קינד זאגן דעם אמת, מען פרעגט: "פון וועם האסטו דאס גע'גנב'ט? פון וואו האסטו דאס גענומען?" ביז די אמת קומט ארויס, דאס קינד איז מודה פון וואו ער האט דאס גענומען, דעמאלט לערנט מען זיי אויס צוריק צו געבן און מען רעדט צו זיי אז מען טאר נישט גנב'נען, מען דערציילט זיי מעשיות איבער די הארבקייט פון גניבה.


דער עיקר זאלסטו געדענקען אז חינוך איז א לאנגע ארבעט, עס גייט נישט אין איין מינוט; חינוך איז א לאנגע וועג אבער ביים סוף איז דאס א קורצע וועג. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נג:) רבי יהושע בן חנניה האט געזאגט: קיינער האט מיר נישט איבער געקלוגט אזוי ווי דער קינד וואס האט מיר געענטפערט ווען איך האב אים געבעטן ער זאל מיר ווייזן די אריינגאנג צום שטאט, דער קינד האט מיר געזאגט אז עס איז פארהאן צוויי וועגן, א קורצע-לאנגע וועג און א לאנגע-קורצע וועג; איך האב נישט פארשטאנען וואס ער מיינט, האט מיר דער קינד מסביר געווען, אז עס זענען פארהאן צוויי וועגן, איין וועג זעט אויס צו זיין אין אנהייב גרינג אבער שפעטער איז דאס א לאנגע שווערע וועג, מען קען נישט אנקומען צום שטאט, נאכדעם איז פארהאן א שווערע וועג אבער ביים סוף איז דאס גרינג; דאס איז חינוך, ווער עס ארבעט שווער ביים אנהייב, ווען די קינדער זענען קליין געבט ער זיך אפ מיט זיי, אפילו עס איז שווער, עס איז נישט גרינג - דאך ארבעט ער מיט די קינדער, וועט ער ביים סוף האבן א גרינגע ארבעט, ער וועט זען נחת ביי זיי, אבער אז מען נעמט די גרינגע וועג אין אנהייב, מען איז נישט מחנך די קינדער, מען לאזט זיי טון וואס זיי ווילן, וועט ביים סוף זיין זייער שווער.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער.


 

#914 - מיינע עלטערן רעדן קעגן מיין רבי, מעג איך זיי ענטפערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, האב איך אנגעהויבן זייער נזהר צו זיין אין כיבוד אב ואם, זיי מכבד צו זיין, און נישט צוריק ענטפערן ווען זיי שרייען מיר אן.


איך האב אבער געוואלט וויסן וואס די הלכה איז ווען מיינע עלטערן שרייען אויף מיר אז מיין רבי איז נישט קיין רבי, און נאך אזעלכע סארט נישט שיינע לשונות אויף דעם פלאץ וואו איך דריי זיך. מעג איך איר שיינערהייט זאגן אז דאס איז מיין רבי און איך טאר נישט הערן רעדן קעגן אים, אדער עפעס ענליך אויף אן איידעלע וועג, אדער זאל איך ענדערש אפשווייגן אזוי ווי אויף די אנדערע בזיונות וואס איך כאפ כסדר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז און אין וועלכע פלאץ דו דרייסט זיך; אויב איז דיין רבי דער הייליגער רבי און דו דרייסט זיך אין היכל הקודש זאלסטו אודאי נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען שפעט פון אונז. אז דו וועסט נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר וועסטו זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


אונזער זאך איז אפשווייגן ווען מען האט א בזיון. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


ענטפער נישט קיינעם, בפרט דיינע עלטערן; אז דיינע עלטערן רעדן אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאלסטו זיך האלטן שטיל און געלאסן, מיט דעם וועסטו אפשטילן אלע מחלוקת און קריגערייען. קיינער וועט דיר נישט קענען אפשוואכן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות מריבה, סימן לה): "מִי שֶׁהוּא עָצוּר בְּמִלִּין, לֹא יוּכַל אוֹתוֹ שׁוּם אָדָם", ווער עס ענטפערט נישט און רעדט נישט, קען אים קיינער נישט בייקומען.


אין זכות וואס דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, דו וועסט זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#913 - דארף מען זיך אנשטרענגען אין די יעצטיגע צייטן צו טרעפן א מנין און מקוה?
אמונה, קאראנע וויירוס, מקוה, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים וואס געבט מיר חיזוק כסדר. איך וואוין נישט אמעריקע, אבער אויך דא קומט אן די גליונות און די עצתו אמונה, און מיר האלטן מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


יעצט איז דא פארשפארט אלע ישיבות, חדרים, בתי מדרשים, און מקוואות, צוליב די קאראנע וויירוס. ס'איז זייער שווער צו טרעפן א מנין און א מקוה, וויל איך וויסן וויפיל איך דארף זיך איבערשטרענגען יא צו זוכן א מקוה און א מנין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך דארפן מיר וויסן און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם אז מיר אידישע קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר פארגעסן נישט קיין איין רגע פונעם אייבערשטן. מיר ווייסן און גלייבן אז ער און נאר ער פירט די וועלט, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין; אלעס אלעס איז ער אליין וואס פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון, ער פירט דאס מיט גערעכטיגקייט.


ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען נישט פארלוירן פון קיין שום זאך; מען לעבט מיט בטחון אינעם אייבערשטן וואס ער געבט לעבן און ער וועט אונז העלפן מיר זאלן פטור ווען פון די מחלה פון קאראנע און פון אלע מחלות וחלאים רעים.


יעצט דארפן מיר מקיים זיין וואס דער נביא זאגט (ישעיה כו, כ): "לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ וּסְגֹר דְּלָתְךָ בַּעֲדֶךָ, חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם"; עס איז א צייט וואס מיר דארפן בלייבן אין שטוב, עס איז נישט קיין צייט פון זיך דרייען אין גאס וכו'. מיר דארפן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.


יעצט ווען אלע מקוואות זענען פארשלאסן קען מען נוצן ט' קבים וואסער אנשטאט מקוה, פארשטייט זיך נאר פאר מענער און נאר ווילאנג עס איז נישט דא קיין מקוואות.


אז מען האט נישט קיין מנין דאווענט מען אן מנין, דער אייבערשטער זעט און ווייסט ווי שטארק מען וויל דאווענען מיט מנין און ער נעמט עס אן אזוי ווי מען דאווענט מיט מנין.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אונז שיקן דעם גואל צדק משיח צדקינו זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, עס זאל מקוים ווערן (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", און ער זאל אונז אהיים טראגן קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#912 - א מיידל וואס ארבעט, קען נעמען דאס געלט פאר זיך, אדער געבן פאר די עלטערן?
אידיש געלט, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, סקול, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און כאטש וואס איך גיי נישט אין די "בית פיגא" סקול, איז אבער מיין גאנצער מח דארט, איך הער די שיעורים און דאס איז מיין וועגווייזער אין לעבן. ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר די פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", פון וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.


איך בין א לערערין, און איך פארדין געלט, האט איך געוואלט וויסן וואס איך דארף טון מיט די געלט, זאל איך עס אוועקלייגן פאר מיר אויף נאך די חתונה, אדער זאל איך עס געבן פאר מיין טאטע? און די זעלבע שאלה האב איך אויך אויף די טיפס וואס איך באקום אום חנוכה און פורים.


אויך קומט מיר אויס אסאך מאל אז איך וויל זיך יעצט עפעס קויפן, ווי למשל א קעמערע אדער עפעס אנדערש, מעג איך דאס קויפן פון מיין אייגן געלט?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אייער לעבן נעמט איר פון רבי'ן, דער רבי איז אייער וועג ווייזער; ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן לעבט א לעבן, מען לעבט מיט א שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל מיט א צדיק האט מען א לויטערע אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי קלאר ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, די גאנצע לעבן איז גרינגער מיט אמונה.


ביז אייער חתונה זאלט איר געבן אייער געלט פאר אייערע עלטערן; איר וואוינט דאך ביי זיי, איר לעבט דאך אויף זייער חשבון, זאלט איר זיי געבן אייערע פארדינסטן און וואס איר דארפט זאלט איר זיי פרעגן און בעטן, וועלן זיי אייך געבן.


אז אייער גאנצע מח איז אין "בית פיגא" דארפט איר זיך פירן ווי די תלמידות פון "בית פיגא"; איר זאלט זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים", אזוי וועט איר ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים, וועט איר זען גרויסע ישועות וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך. געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון בית פיגא פרובירן זייער שטארק צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן.


בשעת איר זאגט די קאפיטלעך תהלים זאלט איר אריין פלעכטן אייערע אייגענע תפילות צום אייבערשטן אויף אידיש; וואס איר דארפט און וואס איר ווילט זאלט איר אים בעטן אויף פראסט אידיש, וועט איר זען גרויסע וואונדער.


א פרייליכן יום טוב.

#911 - וואס טוט מען ווען מ'קען נישט גיין אין מקוה?
שמחה, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך הער שוין א לאנגע צייט, יעצט אין די שווערע אנגעצויגענע צייט פון די קאראנע וויירוס קומט עס דאס מערסטע צוניץ. און מ'זעט אז די גאנצע וועלט מוז יעצט צוקומען צו די עצות. מ'דארף זיצן אינדערהיים און פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, מ'קען נישט ארויסגיין מיט חברים. יעצט דארף די ווייב נאך פיל מער גוטע ווערטער און חיזוק, און מיט די עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א ווייסט מען ווי אזוי דאס צו טון. דער סדר דרך הלימוד איז דאך ממש א ישועה אין די יעצטיגע צייט ווען מ'זיצט אינדערהיים. אפילו ווען איך קען נישט גיין דאווענען מיט מנין, ווייס איך אבער אז דער אייבערשטער איז מיט מיר אלעמאל, און איך קען אלץ און איבעראל דאווענען און רעדן צו אים. מ'זעט אז מענטשן מאכן יעצט חתונה אינדערהיים מיט קוים א מנין אידן, אן די אלע איבריגע נארישקייטן. און איך האב געטראכט נאך א זאך, אז ס'זענען דא ברסלב'ע פרויען וואס שיקן די מענער קיין אומאן אויף ראש השנה, אפילו זיי דארפן דעמאלט האבן וכו', און יעצט זעט מען אז פילע הונדערטער פרויען זענען געגאנגען אין שפיטאל האבן אן די מענער, ווייל מ'לאזט נישט די מענער מיטקומען אין שפיטאל.


איך האב געוואלט פרעגן וואס מ'קען טון ווען מ'דארף גיין אין מקוה, און מ'קען נישט. איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען קען נישט גיין אין מקוה קען מען יוצא זיין מיט ט' קבים; לאז רינען די וואסער פון שויער אויף דיר פאר בערך פינף מינוט, דאס וועט זיין במקום מקוה. פארשטייט זיך אז דאס העלפט נאר פאר א מאן און נאר ווען מען האט נישט קיין מקוה.


דער עיקר דארף מען זיך שטארקן מיט שמחה; שמחה איז א היילונג פאר אלע מחלות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#910 - מ'טראגט מיר אן א שידוך, און זיי ווילן איך זאל לערנען אין כולל, וואס טו איך?
שידוכים, לימוד התורה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך. א גרויסן יישר כח.


לעצטנס האט מען מיר אנגעטראגן א שידוך, און די מיידל'ס משפחה פרעגט אויב איך גיי לערנען אין כולל נאך די חתונה פאר עטליכע יאר. איך שפיר אז איך בין נישט געמאכט פאר דעם, איך ארבעט שוין יעצט רוב טאג, און איך האב שיעורים צו לערנען עטליכע שעה אין טאג. איך מיין אז אויב וועל איך נישט זיצן א גאנצן טאג אין כולל, איך וועל נאר האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט, וועט זי מיר נישט ארויפקוקן, ווייל איר האט מען אזוי מחנך געווען אז ס'איז נאר חשוב אויב מ'לערנט א גאנצן טאג.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען רעדט דיר א שידוך און די איינציגסטע פראבלעם איז יא כולל נישט כולל, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן צו טון דעם שידוך.


נאך די חתונה וועסטו זיך קובע זיין צו לערנען און אויך וועסטו ברענגען פרנסה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", עס איז גוט מען זאל לערנען און ארבעטן, אזוי איז נישט דא קיין צייט צו טון נארישקייטן.


מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט אויסנוצן די צייט, לערנען פלייסיג יעדע מינוט וואס מען האט, און מען קען זיצן אין כולל און בטל'ן די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע ערליכע שטוב.

#909 - ענדערש לערנען שנעל און אסאך, אדער ענדערש ווייניגער און קלארער?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך הער לעצטנס אסאך שיעורים, און ס'האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן, ספעציעל פאר שלום בית, און דער סדר דרך הלימוד וואס האט מיר געמאכט צוריק עפענען די הייליגע תורה און אנהויבן לערנען פלייסיג.


אויך וויל איך דערציילן איבער א בחור וואס איך קען, וואס צוויי פון זיינע ברידער זענען ליידער אוועקגעפאלן פון אידישקייט, און ער האט שוין אויך געהאלטן אויפ'ן וועג אהין, ער האט זיך ארומגעדרייט ליידיג אן קיין שום תוכן, און נאר געווען פארנומען זיך צו קריגן מיט די הנהלה פון זיין ישיבה. און לעצטנס איז ער געוואויר געווארן פון די שיעורים, און זיין לעבן האט זיך ממש אינגאנצן געטוישט פון הימל ביז ערד, ער האט אנגעהויבן זאגן משניות, גמרא, מעביר סדרה זיין, און אזוי ווייטער. איך מיין אז פאר דעם בחור אליין האט זיך שוין געלוינט דעם גאנצן טעלעפאן ליין.


יעצט צו מיין שאלה, איך האב אנגעהויבן לערנען גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד, אבער יעדע שטיק צייט קומט מיר אריין מחשבות אז איך קען יא פארשטיין, און אזוי גייט עס אז איך לערן שנעל א דריי בלאט, און נאכדעם הויב איך אן לערנען אביסל שטייט פאר איין בלאט, און נאכדעם ווער איך נערוועז און איך רוק זיך ווייטער שנעל דריי בלאט, און נאכדעם ווייטער אביסל שטייט, און אזוי גייט עס נאכאמאל און נאכאמאל, און איך ווער אינגאנצן צעמישט ווי אזוי איך זאל זיך אומגיין, ווייל איך וויל יא קענען אנקומען אסאך בלעטער. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך צוויי שיעורים. איין שיעור זאלסטו לערנען שטייטליך; זאלסט פרובירן צו פארשטיין וואס דו לערנסט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט מען זאל האבן א שיעור יעדן טאג צו לערנען בעיון, פארשטייט זיך נישט צו שטארק קוועטשן נאר פרובירן צו פארשטיין.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן שיעורים צו לערנען בגירסא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן וואס האט אונז געזאגט מען זאל לערנען אסאך אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (עיין שבת סג.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


אז דו וועסט האבן באזונדערע שיעורים וועסטו נישט ווערן מבולבל וכו', דו וועסט זיין מסודר און דו וועסט זוכה זיין אנצוקומען צו לערנען די גאנצע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#908 - מיין אינגל נעמט יעדע מצוה מיט צופיל דרוק, ווי אזוי העלף איך אים?
חינוך הילדים, שמחה, עבודת השם, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות און חיזוק, זיי מאכן מיר קלאר דעם מח, און ווארעמען אן מיין הארץ.


איך וויל פרעגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיין אכט יעריג אינגל, וואס האט לעצטנס אסאך אבסעסיעס. ער וואשט כסדר די הענט ער זאל נישט זיין טמא, ער האלט אין איין מאכן חשבונות אויב ער האט געטון אן עבירה, אפשר האט ער פארגעסן צו מאכן ברכות, און אזוי ווייטער. ער האלט אין איין תשובה טון, ער בעט כסדר איבער זיינע געשוויסטער, אבער אלעס מיט א געוואלדיגע דרוק און פרעשור.


ווי אזוי האנדלט מען אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו קינדער; בפרט ווען מען לערנט מיט זיי מצוות דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען לייגט זיי דאס אריין, זיי זאלן דאס נישט נעמען מיט נערוון, זיי זאלן נישט טון די מצוות מיט חכמות וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


יעצט ווען עס איז שוין אריין אין אים מיט א פרעשור, ער טוט די מצות מיט מרה שחורה קען מען דאס נאר ארויסנעמען מיט חכמה, מען קען נישט חוזק מאכן פון אים אדער אים נייטן צו טון אנדערש, מען דארף זען מיט חכמה דאס ארויסנעמען; אים אויפהייבן מיט גוטע ווערטער, אים אויסלויבן ווי וואויל ער איז און ווי טייער ער איז – דורכדעם וועט אוועק פאלן די נערוון. ווען ער וואשט זיך די הענט נאכאמאל און נאכאמאל זאל מען אים זאגן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמונה, סימן כז): "מִי שֶׁמְּנַקֶּה בְּכָל עֵת יָדָיו, עַל-יְדֵי-זֶה מְזַכֶּה אֶת לִבּוֹ", ווער עס וואשט זיך כסדר זיינע הענט מיט דעם וואשט ער זיך אפ זיין הארץ; און ווען ער מאכט זיך א חשבון הנפש וכו' דארף מען אים אויסלויבן ווי ער לעבט מיט'ן אייבערשטן; ווען ער בעט איבער די געשוויסטער זאל מען דאס אויסלויבן, דאס גרויסקייט פון אכטונג געבן אויף אנדערע און אזוי ווייטער; מען דארף מאכן אן עסק פון אים לטובה, אזוי וועט אוועק פאלן אלע נערוון. ווייל נערוון גייט נישט צוזאמען מיט שמחה; שמחה שטופט אוועק עצבות און מרה שחורה.


בעסער וואלט געווען ווען עס איז נישט דא די גאנצע פרעשור, אבער אז עס איז שוין דא קען מען זיך נישט קריגן מיט דער סארט יצר הרע, מען דארף זען מיט חכמה ווי אזוי מען ווערט פטור דערפון.

#907 - מעג מען מאכן א גורל צו וויסן וואס צו טון?
תהלים, תפילה והתבודדות, ספיקות, תפלות אויף אידיש, גורל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה.


איך האב אסאך מאל שאלות און ספיקות וואס צו טון, און איך פיר זיך צו זאגן א קאפיטל תהלים, און צו מאכן א גורל וואס צו טון, און איך טו לויט ווי דער גורל קומט אויס, וויל איך פרעגן אויב ס'איז ריכטיג אזוי צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט מאכן א גורל. דער הייליגער מחבר זאגט (יורה דעה סימן קעט, סעיף א): "אֵין שׁוֹאֲלִים בְּחוֹזִים בַּכּוֹכָבִים וְלֹא בְּגוֹרָלוֹת", מען טאר נישט מאכן קיין גורל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", מען דארף זיך פירן בתמימות מיט'ן אייבערשטן.


תהלים זאלסטו ווייטער זאגן; יעדעס מאל דו האסט א ספק וואס צו טון זאלסטו נעמען דעם תהילים און זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל וויסן וואס צו טון, יא אדער ניין, אהער אדער אהין, שווארץ אדער ווייס"; וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס איז די עצה וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל: "רבונו של עולם, געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלח) דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ' דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#906 - איך האב שרעקליכע פחדים פון די קאראנע וויירוס, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
אמונה, קאראנע וויירוס, פחדים

תוכן השאלה‎

שאלה:


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ציטער געפערליך פון די קאראנע וויירוס, עס זעט מיר אויס ווי די וועלט ענדיגט זיך, עס ווערט אויס וועלט. איך בין א גאנצן טאג אונטער פאניק און שרעק, איך רעד צום אייבערשטן, איך בעט דעם אייבערשטן, איך ווייס אז ער איז דא, ער הערט און ער זעט און ער ווייסט אלעס, נאכאלץ בין איך אבער נאך אין א שרעקליכע פאניק און שרעק כסדר.


איך דארף התחזקות, דער ראש ישיבה זאל אבער פארשטיין אז סתם התחזקות וועט מיר נישט העלפן, ווייל איך זע אז איך דארף בארואיגן מיין ווייב און קינדער, אבער אין די זעלבע צייט דארף איך זיך קודם אליין בארואיגן, און איך קען ממש נישט קומען צו זיך. איך ליג אין בעט מאכטלאז, אויב די קאראנע וויירוס האט איינעם גע'הרג'ט, איז עס מיך, איך בין ממש א טויטער.


מיין ווייב ווייסט נישט וואס ס'איז געשען מיט מיר, איך וויל איר נישט זאגן אז איך בין פשוט אין א שרעקליכע פחד פון די קאראנע וויירוס, ווייל איך וויל איר נישט מער דערשרעקן, גענוג וואס איך בין אזוי דערשראקן, זאג איך איר אז איך פיל סתם נישט אזוי גוט.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון אינעם אייבערשטן דער האט נישט קיין שום שרעק; ער שרעקט זיך נישט פון קיין שום זאך ווייל ער האט בטחון אינעם אייבערשטן. ער גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס און עס קען גארנישט פאסירן אן אים.


דער וואס האט בטחון פארזיכערט זיך אינעם אייבערשטן אזוי ווי א קינד פארזיכערט זיך אין זיין טאטע. מען זעט ביי א קינד, ווען ער גייט אין גאס מיט זיין פאטער און עס קומט צו גיין א שרעקעדיגע מענטש אדער א שרעקעדיגע חי', כאפט דאס קינד אן דעם טאטע'ן און קוועטשט אים די האנט אן קיין מורא; אזוי איז מיט'ן מענטש וואס האט בטחון, ער כאפט זיך אן אינעם אייבערשטן, דאן האט ער נישט קיין שום פחד און מורא פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער זאלסט אנהויבן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות; ווען מען נעמט דעם רבינ'ס עצות, מען הויבט אן פאלגן דעם רבי'ן - קריכט מען ארויס פון יעדע איינציגסטע פראבלעם. דער רבי האט עצות פאר יעדן איינעם, אפילו מענטשן וואס האבן פחדים און ליידן נעבעך אויף שווערע גייסטישע מחלות, זיי ליידן פון שלעכטע מחשבות, אלעס גייט אוועק אויב מען פאלגט דעם רבי'ן.


די עצה פון רבי'ן איז "אמונה"; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צוזאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן מיט פון פחדים און אומזיסטיגע שרעק און אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, ער האט אנגעהויבן לעבן מיט אזא שטארקע אמונה אז גארנישט האט אים דערשראקן און גארנישט האט אים געשטערט. פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון פון: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם".


מיין ליבער הארציגער ברודער, ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון; אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, ער מיינט אז עס איז דא טבע, מקרה און מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים, מיט שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם. די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אמונה; א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער. דעמאלט וועט אוועק גיין פון דיר אלע פחדים, דו וועסט נישט ליגן אין בעט פון שרעק, דו וועסט קענען אנגיין מיט די טאג טעגליכע ארבעט, דו וועסט וויסן אז אלעס אלעס איז דער הייליגער באשעפער און מען קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן.


ליין דעם בריוו איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל, אן א שיעור מאל - ביז דו וועסט אויסגעלייזט ווערן פון דיינע שרעק, דו וועסט זיין א פרייער מענטש, דו וועסט שפירן די זיסע, געשמאקע, איינגענעמע טעם וואס צדיקים שפירן אויף די וועלט און יענע וועלט.

#905 - זאל איך שערן די האר, כאטש ס'איז נישט איינגעפירט אין מיין משפחה?
משפחה, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך ביי די דרשות פאר פרויען איבער די גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר. אין מיין משפחה און אין מיין מאן'ס משפחה איז נישט פארהאן אזא זאך, פארקערט מ'איז זייער מקפיד זיך נישט צו שערן, און מ'איז זיך נישט משדך מיט איינעם וואס שערט זיך יא. אבער נאכ'ן הערן אזויפיל איבער די חשיבות טראכט איך אויב ס'איז נוגע אויך פאר מיר, אדער איז דאס ביי מיר ווי "אל תיטוש תורת אמך" און איך טאר דאס נישט טון. זאל איך בכלל פרובירן צו רעדן צו מיין מאן איבער דעם? כאטש וואס איך בין זיכער אז ער וועט נישט מסכים, און ער וועט מיר אנקוקן זייער מאדנע בלויז פאר'ן פרעגן.


ברוך ה' אז איך בין זייער מקפיד אז ס'זאל זיך חס ושלום נישט ארויסזען מיין האר, ס'איז זייער גוט צוגעדעקט אזוי ווי מ'דארף. און אויסערדעם טו איך נאך א מצוה מיט די האר, אז איך שער זיך נישט נאר ערשט ווען ס'איז זייער לאנג, און דאן בין איך מנדב די האר צו נוצן פאר קינדער וואס האט יענע מעשה רחמנא ליצלן, אז מ'זאל דאס קענען מאכן פאר זיי.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט רעדן מיט אייערע עלטערן פון דעם און איר זענט נישט עובר אויף (משלי א, ח): "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ" מיט'ן אפשערן די האר; פארקערט דאס וואס איר שערט זיך אפ, דאס איז "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ"; וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ מיינט מען נישט די מאמע, מען מיינט מען זאל נישט אפלאזן די וועג פון אונזערע הייליגע חכמים, די וועג פון די הייליגע תורה. און אז די הייליגע חכמים פון אלע דורות האבן געזאגט מען זאל זיך שערן, דארף מען זיך שערן.


דאס וואס איר זאגט אז די פוילישע אידן האבן א מסורה זיך נישט צו שערן די האר - איז נישט אמת; אלע פרויען פון פוילן האבן זיך געשוירן די האר נאך די חתונה, אין פוילן האט מען נאך מער מקפיד געווען אויף דעם ווי אין אונגארן, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספר שו"ת מהרי"ץ (חלק א, סימן קכז): "בְּפּוֹלִין הֶחְמִירוּ עוֹד הַנָּשִׁים לְהַקִּיף רֹאשָׁן שֶׁלֹּא יִשָּׁאֵר שׁוּם שֵׂעָר", אין פולין האט מען נאך מער אכטונג געגעבן זיך אפשערן, עס זאל נישט בלייבן קיין שום האר; נאר שפעטער האבן די גוים ארויסגעגעבן א גזירה אויף אידישע פרויען זיי זאלן זיך נישט שערן.


אינעם זכות וואס איר גייט טון די גרויסע מצוה פון זיך אפשערן די האר זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע גוטס וואס מען איז זוכה דורכדעם.

#904 - זאל איך פאלגן מיין טאטע און אראפנעמען מיין בארד און פיאות?
צניעות, כיבוד אב ואם, קדושה, משפחה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין זיך מחיה דערמיט, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן זענען זיך מחיה און מחזק.


איך בין א בחור פון 18 יאר, איך איך וויל פרעגן צוויי זאכן. איך האב ברוך ה' א בארד און פיאות, אבער מיין טאטע וויל זייער איך זאל עס אראפנעמען, דארף איך אים פאלגן?


צווייטנס וויל איך פרעגן, אזוי ווי מיין ברודער גייט חתונה האבן בקרוב, און איך ווייס אז ביי די חתונה וועט נישט זיין קיין צניעות און ערליכקייט, וואס זאל איך טון? זאל איך גיין צו די חתונה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו בלייבן מיט דיין בארד און פיאות; קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


זיי מכבד דיינע עלטערן; טענה זיך נישט מיט דיין טאטע, ווען ער רעדט צו דיר זאלסטו אים אויסהערן מיט דרך ארץ און בלייבן שטיל. אבער חס ושלום צו שניידן די בארד און פיאות, מען דארף מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן (ויקרא יט, ג): "אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ", מען דארף מורא האבן פון טאטע מאמע, און אין די זעלבע צייט (שם, שם): "וְאֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ", דארף מען היטן שבת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות ה.; הובא ברש"י ויקרא, שם): "אִם יֹאמַר לְךָ חַלֵּל אֶת הַשַּׁבָּת אַל תִּשְׁמַע לוֹ", אויב ער הייסט דיר מחלל שבת זיין זאלסטו אים נישט פאלגן, און אזוי איז מיט אלע אנדערע מצוות.


בנוגע גיין צו די שמחה וכו'; אודאי זאלסטו גיין, זאלסט זיין א חלק פון די משפחה. מיט חכמה זאלסטו זען ווען צו זיין אינעווייניג און ווען ארויסצוגיין, בשעת קבלת פנים און חופה זאלסטו דארט זיין, און בשעת מען טאנצט בתערובות רחמנא לצלן זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן; אלעס אן קיין רעש אן קיין טומל, קיינער דארף נישט וויסן צי דו ביסט יא דארט צי נישט, מען גייט ארויס און מען קומט אריין אלעס מיט חכמה.


אז דו וועסט זיך פירן מיט שכל און מיט געלאסנקייט וועסטו גורם זיין אז דיין גאנצע משפחה וועלן צוביסלעך ווערן מער און מער ערליך, דו וועסט אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן.

#903 - כ'האב אלעס פארלוירן, ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?
חובות, התחזקות, צרות, פרנסה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב א נאנטער חבר וואס ברענגט מיר כסדר די עצתו אמונה און די גליונות, און איך בין זיך מחיה דערמיט. איך האב געזען דארט אז ס'איז דא א וועג פאר יעדן צו לערנען תורה יעדן טאג, דאס האט מיר געגעבן חשק זיך צוריק צו כאפן צו די הייליגע תורה, אבער היינט איך קען שוין נישט מער לערנען בכלל.


מיט אפאר יאר צוריק האט איך געהאט זייער גרויס הצלחה אין פרנסה, איך בין געווען א גרויסער עושר, אבער פאר דריי יאר צוריק בין איך צוריק געקומען פון א ביזנעס טריפ, און אויפ'ן פליגער האב איך געטראפן א היימישער אינגערמאן, און ער האט מיך אריינגעדרייט אין א שלעכטע ביזנעס, אזוי אז ביז אפאר וואכן ווען כ'האב אנגעהויבן כאפן וואס טוט זיך, בין איך שוין געווען א גרויסער בעל חוב, און ביז היינט זינק איך אין חובות.


איך בין געווארן אזוי שטארק צעבראכן און דעפרעסט, אז אפילו די שיעור וואס איך פלעג האבן יעדע נאכט האב איך אויך אויפגעגעבן, און איך דאווען יעדן טאג שפעט אין טאג אריין, רוב טעג אן מנין, ווייל איך קען זיך ממש נישט צוזאמנעמען, איך זע נישט וויאזוי איך קען בכלל ארויסקריכן פון די פראבלעמען, און איך קען נישט נעמען אויף מיר יעצט קיין שיעורים.


איך פיל ווי מיין לעבן איז טונקל, און איך בעט זייער דעם ראש ישיבה אויב ער קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי איך קען ארויסקריכן פון מיינע צרות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארליר זיך נישט; פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס. עס זענען דא אן א שיעור מענטשן וואס זענען אריין געדריידט געווארן אין שלעכטע געשעפטן און זיי האבן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, זיי האבן נישט פארלוירן די אמונה, זיי האבן ווייטער ממשיך געווען מיט זייער עבודות השם, מיט לערנען יעדן טאג, דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים און ביים סוף האבן זיי זוכה געווען צו גרויס הצלחה.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דעם שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיף'ס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פאר'ן שיף'ס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיט'ן קעניג. גלייך האט אים דער שיף'ס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפ'ן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיט'ן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיט'ן דיימאנט אינאיינעם, און האט אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיף'ס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיף'ס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיף'ס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכ'ן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיף'ס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פאר'ן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיט'ן שיף'ס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


אז דו האסט פארלוירן אסאך געלט דורך דעם שווינדלער וכו', זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז אזוי האט געדארפט זיין, טראכט נישט פונעם עבר; דאס וואס איז געווען איז געווען, טראכט פון דיין עתיד. אז דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט נישט אויפגעבן, דו וועסט ווייטער פירן דיין לעבן, אנגיין מיט דיין עבודת השם; דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט שמחה, דו וועסט זיך מאכן שיעורים: אביסל חומש רש"י מיט תרגום יעדן טאג, אביסל משניות, גמרא און הלכה - וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#902 - וואס טוט מען ווען מ'קען זיך אליין נישט ליידן?
חיזוק פאר פרויען, שמחה, טערעפי, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון וואס הערט די טייערע דרשות, און איך טראכט אז אפשר וועט איר מיר קענען העלפן, ווייל איך קען זיך אליין נישט העלפן.


איך האב ב"ה א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט זיסע קינדער. אבער פון ווען איך בין קליין, קען איך זיך אליין נישט ליידן, איך האב זיך פיינט, איך האב אויף זיך מורא'דיגע קריטיק, יעדע זאך וואס איך טו בין איך נישט צופרידן און ס'איז נישט גוט. איך האב נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך, און זאכן וואס איך טראכט יא אז איך וועל האבן פון דעם סיפוק איז נישט שייך צו טון פאר א מאמע מיט קינדער.


יארן צוריק האב איך פרובירט צו גיין אויף טערעפי, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, נאר מיר געמאכט טראכטן נארישקייטן אז איך דארף זיך גט'ן וכדומה, נאר דער אויבערשטער האט אפגעהיטן מיין לעבן זאל נישט חרוב ווערן. אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א ביטערע מצב אז איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך וויל מער נישט לעבן, איך קען מער נישט ליידן וואס איך לייד פון זיך אליין. איך האב נישט קיין מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן ח"ו, סוף כל סוף האב איך אביסל יראת שמים (איך האף אזוי), אבער איך וויל נישט לעבן, איך קען מער נישט נעמען מיין מצב.


די וואך האב איך פראבירט צו רעדן מיט איינעם וואס איך האב געטראכט אז ער וועט מיר קענען העלפן, כ'האב נישט גערעדט אזוי אפן, אבער גוט געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז מיר פינסטער, און יענער האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, און דאס האט מיר נאך מער צובראכן, פון די בושה פון זיך אליין האב איך געפילט ווי איך גיי ממש אויס, איך בין געווען פארגליווערט עטליכע טעג.


איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, איך רעד מיט אים אסאך, איך דערצייל אים, איך בעט זיך ביי אים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, אבער עס העלפט גארנישט, מיין מצב ווערט ערגער און ערגער. אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן פאר מיר א עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר דארפט זוכן גוטס אין אייער לעבן און זיך מיט דעם פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; אויף דעם פלעגט רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה זאגן: "אז דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך, מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג; נישט איין מאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל עס קומען אריין אין אייך די שלעכטע מחשבות, איר הויבט אן טראכטן שלעכטס, איר הויבט אן זיך פיינט צו האבן און זיך נישט ליידן; זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז וועט איר זיך ליב האבן, איר וועט וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן יעדע רגע פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.


דא האט איר די תפילה:


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טֵייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיינֶע לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר. פוּן מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן הָאבּ אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, אִיךְ הָאבּ זִיךְ פַיינְט אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט לַיידְן; אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין שׁוּם וֶועג וָואס זָאל מִיר פְרֵיילִיךְ מַאכְן, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ וִוי אִיךְ בִּין גֶעפַאנְגֶען בַּיי דִי נִישְׁט גוּטֶע, וָואס אִיךְ טוּ אִיז אָן קַיין טַעַם אָן קַיין פְרֵיילִיכְקֵייט.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען לַיידְן, אִיךְ זָאל טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, זֶע מַיינֶע טְרֶערְן, זֶע וִוי אִיךְ וֵויין, זֶע מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גֶעבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#901 - וואס דארף מען טון וועגן די קאראנע וויירוס?
רפואה, אמונה, קאראנע וויירוס, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין א פחד איבער די קאראנע וויירוס, ווי אזוי דארפן מיר זיך פירן איבער דעם, לויט די לימודים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר זיך נישט פארלירן; מען דארף וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. עס איז נישט דא קיין שום פערצופאל, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס; יעדע זאך וואס פאסירט איז דער אייבערשטער אליינס, דעריבער טאר מען נישט אריין גיין אין פחדים און שרעק.


ווען מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר; אלעס איז עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, אלעס איז א לבוש פונעם אייבערשטן - דעמאלט לעבט מען א רואיגע לעבן, מען ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן פון קיין שום זאך וואס פאסירט, ווייל וואס עס זאל נאר פאסירן ווייסט מען אז דער אייבערשטער האט דאס געברענגט.


די עצה געראטעוועט צו ווערן פון די קרענק איז אז מען זאל זיך מתבודד זיין יעדן טאג, מען זאל זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר. אלע לענדער זאגן דאס פאר די באפעלקערונג; מען זאל זיך מתבודד זיין, מען זאל זיך איינשפארן אין שטוב, מען זאל זיין אפגעזונדערט פון מענטשן. זעט מען פון דעם א שטיקל רמז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, מיר זאלן זיך אביסל מיישב זיין, אביסל טראכטן: 'וואס טו איך אויף די וועלט?' 'וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות?'


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "וְהָעִקָּר לְהִשְׁתַּדֵּל לְיַשֵּׁב עַצְמוֹ הֵיטֵב מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, הֵן תַּאֲווֹת הַנִּכְנָסוֹת לַגּוּף הֵן תַּאֲווֹת שֶׁחוּץ לַגּוּף, כְּגוֹן כָּבוֹד", דער עיקר דארף מען זיך בארעכענען יעדן טאג און זיך פרעגן: 'וואס? וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות און אלע נארישקייטן, וואס וועל איך האבן פון נאכלויפן אלע מיינע גליסטענישן?' "וְאָז בְּוַדַּאי יָשׁוּב אֶל ה", אז מען טראכט אריין מיט א קלארע קאפ זעט מען אז אלעס איז טאקע נארישקייטן און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


אז דו וועסט זיך פירן מיט די הנהגה, דו וועסט יעדן טאג גיין אביסל אין א זייט רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דו וועסט מיט אים שמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, דו וועסט אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועסטו שפירן א זיסע טעם אין לעבן; די גאנצע לעבן וועט דיר אנדערש ווערן, אלע פחדים וועלן צוביסלעך אוועק גיין, דו וועסט שפירן אויף די וועלט וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה צו שפירן אויבן אין הימל אין גן עדן, די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#900 - דארף איך טאקע אוועקווארפן מיין סמארטפאון?
סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אזויפיל מאל ביי שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די שעדליכקייט פון האבן א סמארטפאון, דאס געבט מיר חשק אוועקצואווארפן מיין סמארטפאון, אבער פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט מיט מיין קליינעם קאפ וואס ס'איז אזוי שלעכט מיט דעם.


איך דארף עס טאקע נישט פאר ביזנעס, אבער איך האב א גוטער פילטער דערויף, און איך נוץ עס זיך אויסצולופטערן, צו שפילן געימס, קוקן ווידיאס, הערן מוזיק, שרייבן נאטיצן, מאפעס, נייעס, און אזוי ווייטער, און אסאך מאל נוץ איך עס אויך צו לערנען דערויף.


ס'איז מיר זייער באקוועם, ווייל איך קען אלץ באקומען אלע אינפארמאציע וואס איך וויל. איך נוץ עס נישט פאר שלעכטע זאכן, און דערפאר וויל איך פרעגן אויב איך זאל עס טאקע אוועקווארפן, אדער קען איך עס ווייטער האלטן.


איך וועל טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר הייסן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו זאלסט וויסן וויפיל צרות דער אינטערנעט ברענגט אין אידישע שטובער - וואלסטו דאס נישט געהאלטן קיין איין טאג מיט דיר. אינטערנעט איז א צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; אן א שיעור אידישע שטובער זענען שוין צעבראכן געווארן פון דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן אויף מענטשן זיי שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, ער רעדט צו א בחור ער זאל זיך קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, מען דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, מען זיצט אין שטוב אדער אין אפיס וכדומה באהאלטענערהייט און מען קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט קלוגער פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און אלע אנדערע צדיקים וואס האבן אזויפיל גערעדט מען זאל נישט האבן קיין שום שייכות מיט דעם, ווייל דאס נעמט אוועק די לעבן פונעם מענטש. אזוי ווי רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט ווען מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צי וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך האף אז דו וועסט אננעמען די ווערטער, דו וועסט אוועק ווארפן דיינע כלים; דו דארפסט עס נישט האבן, דו שרייבסט אליינס אז דו דארפסט עס נישט פאר פרנסה.

#899 - קענט איר מיר געבן חיזוק אנצוגיין מיט מיין שיעור אין גמרא?
גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה אנגעהויבן א שיעור אין ש"ס מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויסער אנדערע שיעורים אין גמרא וואס איך האב יעדן טאג ב"ה.


איך דארף א ברכה און חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט מיינע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר וואס דו לערנסט יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז) דער בארג האט געזאגט פאר'ן קעניג אז ער דארף נישט מורא האבן פון די אלע מענטשן וואס ווילן אים הרג'נען: "כל זמן דער דף באשיצט דיר דארפסטו קיין מורא נישט האבן"; דאס גייט ארויף אויפ'ן דף גמרא, ווען מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


ווען א מענטש לערנט תורה וועט אים די תורה העלפן אין אלע שווערע מצבים, אזוי ווי חז"ל דערציילן (חגיגה טו:) אז דער טאכטער פון אחר (- א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס) איז געקומען צו רבינו הקדוש, זי האט געבעטן: "רֶבִּי, פַּרְנְסֵנִי", רבי געבט מיר עפעס עסן, האט רבינו הקדוש איר געפרעגט: "בַּת מִי אַתְּ?" וועמענס טאכטער ביסטו? האט זי גענטפערט: "בִּתּוֹ שֶׁל אַחֵר אֲנִי", איך בין א טאכטער פן אחר, האט רבינו הקדוש געזאגט מיט וואונדער: "עֲדַיִן יֶשׁ מִזַּרְעוֹ בָּעוֹלָם?" ער האט נאך קינדער דא אויף די וועלט? עס שטייט דאך (איוב יח, יט): "לֹא נִין לוֹ וְלֹא נֶכֶד בְּעַמּוֹ וְאֵין שָׂרִיד בִּמְגוּרָיו", עס וועט נישט בלייבן קיין קינדער און אייניקלעך פון דעם רשע! האט זי זיך אנגערופן צו רבינו הקדוש און אים געבעטן: "זְכֹר לְתוֹרָתוֹ וְאַל תִּזְכֹּר מַעֲשָׂיו", איך בעט דעם רבי'ן זאל געדענקען די תורה וואס ער האט געלערנט און נישט געדענקען זיינע שלעכטע מעשים, ווען זי האט דאס ארויס געזאגט איז אראפ געקומען א פייער פון הימל און פארברענט דאס בענקל פון רבינו הקדוש, זיך אנצונעמען פאר אים, האט רבינו הקודש זייער געוויינט און געזאגט: "וּמַה לַמִתְגַנִין בָּהּ כַּךְ - לַמִשְׁתַּבְּחִין בָּהּ עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", מה דאך ווען א רשע לערנט תורה קומט די תורה און נעמט זיך אן פאר אים, איז דאך אודאי און אודאי ווען ערליכע אידן וואס גלייבן אינעם אייבערשטן לערנען תורה, וועט זיך זיכער די תורה אננעמען פאר זיי.


זיי שטארק מיט'ן בלאט גמרא אזוי ווי לייגן תפילין; מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין): "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#898 - איז דעם רבינ'ס ציון אויך געמאכט פאר פרויען?
אומאן, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן מיט מיין ווייב אינמיטן די יאר, איך וויל וויסן אויב דאס זאגן תיקון הכללי ביים ציון איז אויך געמאכט פאר פרויען, און וואס קען איך איר זאגן אז זי זאל אויך וועלן אהינפארן מיט מיר?


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זוכה זיין מקרב צו זיין אידישע קינדער צו אונזער טאטע אין הימל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שואל תחתית", די הבטחה פון רבי'ן איז סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען; ווער עס קומט קיין אומאן און זאגט די צען קאפיטלעך תהלים וועט דער רבי אים מתקן זיין.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו זיין כאטשיג איין מאל אין לעבן ביים רבינ'ס ציון, נישט קיין חילוק מענער אדער פרויען, בחורים אדער מיידלעך, דער רבינ'ס ציון איז פאר יעדן איינעם, דער רבי איז מתקן יעדנ'ס נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.