שאלה אין קורצן ענין
#1303 - ווי אזוי קען איך פועל'ן ביי מיין ווייב אפצושערן די האר?
שלום בית, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די שיעורים, און יישר כח אויף מיין גאנצע לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן, איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל זיך אפשערן די האר אבער זי וויל נישט, דער ראש ישיבה האט עפעס אן עצה וואס איך קען טון צו דעם? אדער נאר מתפלל זיין אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאך אן עצה איז דא: שיין רעדן; אז דו וועסט מיט איר שיין רעדן, דו וועסט איר זאגן די שכר וואס מען באקומט אז מען שערט זיך די האר, דו וועסט איר דערציילן וואס צדיקים האבן געזאגט וואס האר איז, וואס פאר א צרות מען ברענגט אין שטוב - וועט זי שוין גארנישט דארפן די האר.


איך האב כמה פעמים געהערט פון מוהרא"ש די ווערטער: "ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א צרות מען קען זיך איינשפארן אז מען שערט זיך די האר וואלט זיך גארנישט געגליסט דאס ביסל האר"; אז דו וועסט רעדן מיט איר מיט סבלנות, דו וועסט איר שיינערהייט פרעגן און בעטן וועט זי מיט די צייט טון דיין ווילן.


אויב זי זאגט דיר: "איך וויל נישט און הער אויף רעדן פון דעם", - זאלסטו נישט ווערן מיואש, דאס מיינט נישט אז דו טארסט מער נישט רעדן פון דעם. נאך א שטיק צייט קענסטו און זאלסט נאכאמאל אויפברענגען די שמועס און שיין רעדן פון דעם, איר זאגן אז דו פארשטייסט איר, דו ווייסט אז עס איז איר שווער, זאג איר אז דו גייסט בעטן דעם אייבערשטן עס זאל איר זיין גרינג צו טון, און דו זאלסט טאקע בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל אריינגיין א רוח טהרה, אז ביידע פון ענק זאלן נישט וועלן די האר, וועט זיך אלעס איבערדרייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1302 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1301 - מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
שידוכים, התחזקות, קינדער, תפילות אויף אידיש, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צובראכן און איך בין אין זייער א שווערע מצב, סיי אין רוחניות וואס איך הער נישט אויף צו פאלן אין עבירות, און סיי מיט וואס עס גייט אויף מיר אריבער אין שטוב, דער ראש ישיבה קען זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אריבער אויף איינעם וואס די עלטערן גרייטן זיך שוין אפאר יאר זיך צו גט'ן. איך מיין אז פיל עלטערע מענטשן פון מיר זענען נישט אריבער אזויפיל צרות אין לעבן וואס איך בין אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן, און מיר געראטעוועט דאס לעבן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע שרייבן א בריוו פון חיזוק, ס'וועט מיר זייער העלפן און ס'וועט מיר זייער מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער פון קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, קיינער ווייסט נישט וואס די קינדער ליידן; די צער און יסורים וואס די קינדער האבן טאג טעגליך השם ישמרינו.


אין דיין פאל, וואס דיינע עלטערן גרייטן זיך שוין א שטיק צייט זיך צו גט'ן, האב איך איין עצה פאר דיר; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; די עצה וועט דיר געבן כח צו קענען אנגיין אין דיין מצב. גיי אין א ווינקל וואו עס איז ליידיג פון מענטשן און רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, דיין מאמע לשון. דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, זאג אים וואס טוט זיך אין שטוב צווישן דיינע עלטערן, שעם זיך נישט, דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן אלע פרטים, זאג אים אלע דיינע ווייטאגן, דאס וועט דיר געבן כח צו קענען בלייבן שטארק פיזיש און גייסטיש ביז דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן א געזונטע שטוב.


מיין טייערער ליבער ברודער, ליבער חבר; די עצה פון התבודדות, די עצה פון רבי'ן – דאס גייט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מיט די עצה וועט ער אייננעמען די וועלט. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פאלווער"; ער וועט נישט שיסן אויף אלע פעלקער, ער וועט מלחמה האלטן מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען תפילה והתבודדות, ער וועט אויסלערנען די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן אז עס איז נישטא קיין שום אדרעסס צו וועם זיך צו ווענדן, עס איז דא נאר איין אדרעסס: גיין צום אייבערשטן און אים בעטן.


דעריבער בעט איך דיר, נעם די עצה - וועסטו האבן כח צו קענען לעבן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן כח דו זאלסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע נסיונות, דו זאלסט נישט ווערן מיואש, דו זאלסט נישט טון נישט גוטע זאכן.


דא האסטו א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפילו אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך גיי אריבער שווערע צייטן, איך קען נישט נעמען דאס אז מיינע עלטערן קריגן זיך, זיי גייען זיך גט'ן, זיי גייען זיך צעטיילן; איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך האב אזויפיל צער אז מיין שטוב צעפאלט מיר, איך קען נישט זיין פרייליך, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן; דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר אראפ, איך האב ממש נישט קיין כח, איך קען זיך נישט מתגבר זיין.


הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיר נישט, קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער; עס פעלט מיר א טאטע און מאמע וואס לעבן בשלום, עס פעלט מיר עלטערן וואס האבן זיך ליב, עס פעלט מיר א געזונטע שטוב; נאר דו אייבערשטער זעסט מיין הארץ ווי איך ווארט אויף אביסל ליבשאפט, דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך וויל זיין גוט, ווי שטארק איך וויל לערנען און דאווענען, טון מצוות און גוטע זאכן, עס איז מיר אבער אזוי שווער.


העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל קענען זיין פרייליך; געב מיר כוח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע, איך זאל זיך קענען דערהאלטן ביז מיין חתונה, ביז איך וועל אויפשטעלן א שיינע שטוב".


די תפילה זאלסטו זאגן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען אז עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט; דו וועסט שפירן זיכער, דו וועסט נישט זיין פארלוירן, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1300 - ענדערש לערנען ח"י פרקים משניות, אדער בי"ת נצחי?
לימוד התורה, שיעורים כסדרן, משניות, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב יעצט מסיים געווען די אכטע מאל ששה סדרי משנה.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה; איך לערן שוין ברוך ה' פאר אפאר חדשים יעדן טאג ח"י פרקים משניות בנוסף צו אלע מיינע לימודים, לעצטנס האט מיר איינער פון די תלמידים געזאגט אז א אינגערמאן דארף נישט לערנען ח"י פרקים, נאר ס'איז מער וויכטיג איך זאל לערנען בי"ת נצחי, בבלי ירושלמי און תוספתא, און ס'איז גענוג אפאר פרקים משניות. א בלאט גמרא לערן איך יעדן טאג ברוך ה', הגם איך האב נישט גענומען זיינע ווערטער פערזענליך, און איך לערן ווייטער יעדן טאג ח"י פרקים, נאכאלץ קלינגען נאך זיינע ווערטער אין מיינע אויערן, אפשר טאקע זאל איך לערנען נאר עטליכע פרקים משניות און ענדערש צולייגן תוספתא מיט ירושלמי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער זאל זיך נישט מישן אין דיין וועג ווי אזוי דו לערנסט, אזוי ווי דו וועסט נישט אויסהערן ווען איינער וועט דיר קומען זאגן ווי אזוי דו זאלסט עסן; אז דיין חבר וועט דיר זאגן עס נאר צוויי ברויט און ענדערש זאלסטו עסן פיר אייער און דריי טאמאטעס, וועסטו אים זאגן: "דו עס ווי אזוי עס איז גוט פאר דיר, און איך וועל עסן וואס איז געשמאק פאר מיר"; אזוי זאלסטו טון ווען עס קומט צו לערנען די הייליגע תורה, קיינער זאל זיך נישט מישן אין דיינע שיעורים; אז דו לערנסט שוין עטליכע חדשים ח"י פרקים משניות - זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט די סדר, אויך זאלסטו זיך מאכן א ציל צו ענדיגן כל התורה כולה. דאס קען מען טון צוביסליך, יעדן טאג אביסל; אפילו דו וועסט נאר לערנען ממש א ברעקל פון אלע שיעורים - וועסטו במשך דיין לעבן ענדיגן די גאנצע תורה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט'ן לערנען ח"י פרקים משניות; מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דער רבי האט דאך געגעבן לכמה אנשי שלומינו א תיקון צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אין שיחות הר"ן ברענגט רבי נתן (סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י [שמונה עשר] פרקים משניות בכל יום", זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1299 - זאל מען ענדערש שלאפן שבועות ביינאכט, אויב מ'פארברענגט די צייט?
היטן די צייט, יום טוב, שבועות, תיקון ליל שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי א שיעור אז אויב פארברענגט די צייט שבועות ביינאכט, מ'רייכערט מיט חברים און דאס גלייכן, זאל מען ענדערש גיין שלאפן. איך האב זיך געוואונדערט אויף דעם, ווייל איך האב דאך געהערט אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר איז צו זיין אויף שבועות ביינאכט, אפילו מ'זאגט נישט דעם תיקון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט גערעכט, דער רבי האט טאקע אזוי געזאגט: "שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן"; אבער אז מען טוט נישט גוטע זאכן איז זיכער ענדערש צו גיין שלאפן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ט, ו): "שֵׁנָה לָרְשָׁעִים, נָאֶה לָהֶם וְנָאֶה לָעוֹלָם", ווען רשעים שלאפן איז גוט פאר יעדן, אזוי טוען זיי נישט קיין שלעכטס.


עס איז א גרויסע זאך צו זיין אויף שבועות ביינאכט, אבער אז מען רייכערט ציגרעטלעך, מען איז מחלל יום טוב, מען מאכט חבורות פון לצים, מען רעדט לשון הרע און ניבול פה - איז קיין שום שאלה נישט אז מען זאל גיין שלאפן, אזוי וועט זיין נָאֶה לָהֶם וְנָאֶה לָעוֹלָם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1298 - וואס טו איך אז מיין ווייב רעדט נישט קיין אידיש?
שלום בית, אידישע שטוב, מוסדות, שפראך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען חתונה צו האבן, מיר האבן ברוך ה' א גוטע שלום בית, אבער מיין ווייב רעדט נאר לשון הקודש, זי פארשטייט נישט קיין אידיש, און איך בין יא אויפגעוואקסן רעדנדיג אידש. איך קען רעדן לשון הקודש, אבער ס'איז מיר שווער צו טראכטן אז אין אונזער הויז וועט מען נישט רעדן קיין אידיש, דאס איז דאך די חסידישע און ערליכע שפראך וואס ערליכע אידן רעדן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה, ווייל ס'שטערט מיר זייער שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר, וואס האסטו געטראכט ווען מען האט גערעדט מיט דיר דעם שידוך? וואס איז יעצט פלוצלונג געשען? האסט דאס דאך געוויסט פאראויס.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט מיט אן ערליכע פרוי, א יראת שמים; אז דו וועסט זיך נישט קריגן וועסטו האבן ערליכע געזונטע קינדער.


אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן רעדן אידיש זאלסטו זיי שיקן אין א מוסד וואו מען רעדט אידיש; קינדער כאפן אויף א שפראך סיי אין שטוב און סיי אין חדר.


זיי נישט קיין כפוי טובה; אז דו האסט באקומען אן אשת חיל זאלסטו איר שעצן און איר מכבד זיין, נישט חס ושלום אראפקוקן. דער עיקר איז וואס מען רעדט; אז מען רעדט הייליגע ווערטער איז דער שפראך לשון הקודש און אז מען רעדט נישט איידל איז דאס נישט קיין הייליגע שפראך; אידיש איז הייליג אז מען רעדט ריינע ווערטער, אז מען רעדט דיבורי תורה, דיבורי אמונה, ווידער אז מען רעדט ווי די אידישיסטן רעדן - איז דאס בכלל נישט הייליג, און אזוי איז מיט אלע שפראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1297 - האט דער צאנזער רב זי"ע געלערנט ליקוטי מוהר"ן?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גוטער פריינד וואס איך פרוביר אים מקרב צו זיין שוין א לאנגע צייט צום הייליגן רבי'ן, ער וויל וויסן דער מקור אז דער צאנזער רב זי"ע האט געלערנט לקוטי מוהר"ן.


ביי מיר איז דער ראש ישיבה שליט"א די בעסטע מקור, ער וויל אבער וויסן פון וואו עס נעמט זיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו פלעגט לערנען ליקוטי מוהר"ן שבת קודש, ער האט געזאגט: "דאס איז מיין שבת ספר". אזוי אויך האט דער באבובער רבי, רבי נפתלי זכרונו לברכה – דערציילט, אז דער הייליגער צאנזער רב האט אנגערופן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן: "מיין שבת ספר", אויך האט דאס דערציילט רבי משה האלבערשטאם זכרונו לברכה.


אויך איז באוויסט אז דער קדושת ציון, הרב הקדוש רבי בנציון זכותו יגן עלינו ווען זיין זון דער באבובער רבי, רבי שלמה - איז געווען א קינד, איז ער אמאל זייער קראנק געווארן, האט דער טאטע דער קדושת ציון געקויפט א סיפורי מעשיות און דאס געלייגט אין בעט פון רבי שלמה פאר א סגולה.


אויך האבן דערציילט די תלמידים פון קדושת ציון זכותו יגן עלינו, אז דער רבי זייערע האט געקויפט אלע ספרים פון רבי'ן פון רבי בנציון אפטער זכרונו לברכה. זיי דערציילן אז זיי האבן געזען ווי זייער רבי איז געווען זייער פרייליך בשעת ער האט געקויפט די ספרים.


וויפיל מען וויל רעדן קעגן דעם רבי'ן און זיינע ספרים - גייט דאס נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קד.): "קושטא קאי", אמת בלייבט שטיין, "שיקרא לא קאי", ליגנט הלאט זיך נישט, ביים סוף קומט ארויס דער אמת; דאס זעט מען ביים רבי'ן, וויפיל דער סמ"ך מ"ם רעדט אויפ'ן רבי'ן און שטעלט אויף מענטשן זאלן רעדן צו די יוגנט קעגן דעם רבי'ן, בלייבט דער אמת. די ספרים ווערן מער און מער פארשפרייט אויף דער וועלט, די הייליגע ספרים ברענגען צוריק טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1296 - קען מען צעטיילן דאס אויסזאגן תהלים ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש?
שידוכים, יבנאל, לימוד התורה, מוהרא"ש, סגולות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, זיי זענען מיר זייער מחזק, און געבן מיר אסאך האפענונג אין לעבן, און אויך די בריוו זענען מיר זייער מחזק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פאר לאנגע געזונטע יארן.


איך ווארט שוין לאנג געהאלפן צו ווערן מיט מיין ריכטיגע שידוך, איך האב שוין זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און יעצט וויל איך נאכאמאל פארן אין די נאנטע טעג. מיין שאלה איז, אזוי ווי איך זאג שטייט און שווער תהלים, האב איך געטראכט מיטצונעמען מיין ברודער, און מיר זאלן זיך צעטיילן מיט'ן ספר תהלים, איז די שאלה אויב דאס איז געווען די כוונה פון מוהרא"ש, אדער איז דוקא אז איך אליין זאל אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים?


אויך וויל איך פרעגן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אויב דאס איז א לכתחלה צו לערנען אויף דעם וועג, אדער איז נאר געמאכט געווארן פאר ווען ס'איז שווער צו פארשטיין דאס לערנען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויסזאגן תהילים איז זייער שווער, אבער זיין אליין, נישט חתונה געהאט - איז אסאך שווערער; בכן זאלסטו זיכער גיין נאכאמאל און נאכאמאל אויסזאגן תהילים און זיך מתבודד זיין דארט ביים ציון, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


בנוגע דעם דרך הלימוד פון רבי'ן; דער רבי רעדט צו יעדן איינעם, סיי צו דער וואס פארשטייט און סיי צו דער וואס פארשטייט נישט, אויב מען לערנט אן קיין לחץ פון וועלן גלייך אלעס פארשטיין, דעמאלט איז מען זוכה צו פארשטיין דאס לערנען אסאך מער ווי ווען מען וויל גלייך פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, שפעטער וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, ווייל דאס אליין אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט שווערער דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, "מַה בְּכָךְ" - איז וואס? איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג ע"א; עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו אונז פון לערנען אויף דעם וועג, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין. ווייל דאס איז א גאר א גוטע עצה צו קענען לערנען, דורך דעם וועג קען מען זוכה זיין צו לערנען און אנקומען צו די גאנצע תורה, און ביים סוף איז מען זוכה צו פארשטיין אסאך מער ווי ווען מען לערנט מיט'ן ציל גלייך צו פארשטיין מיט אלע דקדוקים.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1295 - ווי אזוי בארואיגט איך מיינע גרויסע פחדים?
תפילות אויף אידיש, אמונה, פחדים, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און יעצט איז דא דא א געפערליכע פחד, ס'הערט נישט אויף צו פליען ראקעטן, און מ'דארף כסדר לויפן זיך באהאלטן אין שוץ פלעצער, און דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב אלץ געליטן פון פחדים, אבער יעצט איז עס געווארן פיל שווערער, איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט, איך פרוביר צו געבן צדקה, רעדן צום אייבערשטן, און גלויבן אז אלע פירט דער אייבערשטער נאר צום גוטן, אבער איך בין נאכאלץ פול מיט פחדים און שרעק.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א פחד און א שרעק ווען מען הערט די פייפערס פייפן און מען הערט ווי עס פליען באמבעס, עס איז זייער שרעקעדיג; מיר אין אמעריקע ווארפן זיך פאר שרעק פון די שרעקליכע נייעס אין ארץ ישראל, מיר דאווענען און בעטן פאר אלע אידן זיי זאלן זיין אפגעהיטן.


עס איז זייער שווער אפילו פאר די וואס הערן נישט קיין נייעס; אז מען הערט די פייפערס פייפן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, עס פליען הונדערטער ראקעטן, מען דארף לויפן מיט די קינדער אין די בונקערס - דאס איז זייער שווער.


איך קען דיר שרייבן וואס איך טו ווען איך ווער דערשראקן, איך געב זיך איבער צום אייבערשטן; איך הייב אן חזר'ן מיט מיין מויל אמונה, איך זאג צו מיר הויך אויפ'ן קול: "אלעס איז דער אייבערשטער, גארנישט קען פאסירן מיט מיר נאר אז דער אייבערשטער הייסט, קיינער קען מיר גארנישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר גארנישט גוטס טון, נאר אז דער אייבערשטער זאגט"; די ווערטער בארואיגן מיר, און אז עס גייט אריבער א שטיק צייט און די פחדים לויפן מיר נאך, זאג איך נאכאמאל די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון, עס קען נישט פאסירן מיט מיר קיין שום שלעכטס, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר", די ווערטער בארואיגן מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1294 - דארפן קינדער אויפזיין שבועות ביינאכט?
קינדער, שבועות, תיקון ליל שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל פון ניין און האלב יאר, איך וואוין אין יבנאל, און איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביי מעריב.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ משניות, ששה סדרי משנה, און יעצט לערן איך גמרא אויפ'ן סדר הש"ס, איך האלט יעצט מסכת מגילה י"ב.


איך בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ראש השנה אין אומאן, און איך גיי יעדן פרייטאג מיט מיין טאטע הפצה. און איך האב זייער ליב צו ליינען די מעשיות אין עצתו אמונה.


די פארגאנגענע יאר שבועות בין איך אויפגעווען די גאנצע נאכט, און איך וויל פרעגן אויב פאר קינד אין מיין עלטער איז גוט אויפצוזיין די גאנצע נאכט שבועות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה ביי די ניין יאר; עס זענען דא ניינציג יעריגע מענטשן וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין אפילו איין מאל אין זייער לעבן די ששה סדרי משנה, און יעצט לערנסטו גמרא, דו לערנסט ש"ס כסדרן אזוי ווי דער רבי האט געהייסן.


בנוגע אויפזיין שבועות ביינאכט, דו ווילסט וויסן אויב א קינד פון ניין יאר זאל אויפזיין; אודאי איז גוט אויפצוזיין אין אזא הייליגע נאכט, רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות משא ומתן, הלכה ד) אז מען איז אויף שבועות ביינאכט איז מען זוכה א גאנץ יאר צו שפירן דעם אייבערשטן; בעט דיין טאטע זאל דיר דערציילן די מורא'דיגע מעשה וואס דער הייליגער של"ה דערציילט, וואס האט פאסירט אין די צייטן פונעם הייליגן בית יוסף ווען זיי זענען אויפגעווען ביינאכט, ווי עס איז געקומען צו זיי א מלאך פון הימל און זיי אנטפלעקט וואס טוט זיך אין הימל, א רעש, פון די וואס לערנען ביינאכט דעם תיקון ליל שבועות.


אז מען זאגט דעם תיקון בתמימות מיט א שמחה קען מען אויך היינט זוכה זיין צו די גרויסע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1293 - וואס איז די ריכטיגע צניעות פאר א מיידל ביים שלאפן?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פון ווען דארף מען אנטוהן פאר א מיידל נאר א נאכט העמד?


און אויב פון ווען מען טוט אן נאר א נאכט העמד, צי מעג מען אנטון א הויזן אונטער די נאכט העמד, כדי בשעת מען שלאפט זאל זיך די פיס נישט אויפדעקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון די דריי יאר דארף מען אכטונג געבן אויף צניעות, ביי אונז טוט מען שוין אן ביי די דריי יאר א נאכט העמד.


הויזן פאר א פרוי איז פריצות; אז מען שלאפט און די פיס דעקט זיך אויף, דעקט מען עס צוריק צו, הויזן מאכט נישט מער צניעות'דיג, עס איז די פארקערטע פון צניעות.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער פון יונגעווייז אן זיי זאלן זיך פירן איידל, וועלן זיי האבן נחת, זיי וועלן זען ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1292 - ווי אזוי לערנט מען אויס די קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, איך פרוביר צו רעדן אסאך צום אייבערשטן און ארבעטן אויף מיינע מדות, אין זכות פון די שיעורים.


דער עיקר בעט איך אסאך דעם אייבערשטן איך זאל זוכה זיין מחנך צו זיין מיינע קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג, זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין מיט שמחה.


מיר האבן א מיידל וואס איז ב"ה זייער קלוג און געראטן, ס'מאכט זיך אבער צומאל וואס זי רעדט געוויסע ווערטער, אדער טוט געוויסע זאכן, וואס פאסט נישט פאר איר, וואס זי האט געזען ביי אנדערע מיידלעך פון קלאס אדער משפחה. איך וויל וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, ווי אזוי קען איך איר ערקלערן אז מיר פירן זיך אנדערש, ביי אונז רעדט מען נישט אזוי, און וואס טוט מען מיט די קשיא, "פארוואס זיי מעגן יא און אונז נישט?".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער; עבודת החינוך איז זייער א וויכטיגע זאך.


עס איז א שווערע זאך, עלטערן האבן נישט קיין כח צו ארבעטן שווער מיט די קינדער, מען איז אפגעמאטערט - יעדער איינער מיט זיינע איבערגייאכץ, מען מיינט אז מען וועט שפעטער מחנך זיין, מען טראכט אז מען האט צייט ווען זיי וועלן עלטער ווערן, מען כאפט זיך נישט אז די קינדער וואקסן אונטער און שפעטער ווילן זיי שוין נישט הערן.


אז די קינדער קומען אהיים פון חדר אדער סקול מיט ווערטער וואס זיי האבן געהערט פון אנדערע, דארף מען זיי זאגן: "מען רעדט נישט אזוי"; מען דארף זיי זאגן ווי אזוי צו רעדן איידל. אז זיי פירן זיך אויף ווי אנדערע, זיי מאכן נאך חברים אויף נישט קיין גוטע וועג - דארף מען זיי זאגן איינמאל און נאכאמאל ווי אזוי זיך צו פירן, אז זיי הייבן אן זינגען די ניגון 'פארוואס זיי מעגן און נאר אונז טארן נישט?' טאר מען נישט ווערן פארלוירן, מען דארף נישט ווערן דערשראקן און שוואך און זאגן 'וואס טוט מען דא? וואס ענטפערט מען?' עלטערן דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די קינדער ווי אזוי צו פירן א שטוב; וויי און ביטער איז פאר די וואס פרעגן די קינדער ווי אזוי צו פירן די שטוב, קינדער האבן ליב צו פרובירן באקומען וואס זיי דארפן און זיי האבן נאך אסאך מער ליב ווען זיי האבן עלטערן וואס ווייסן וואס זיי ווילן און זענען זיי מחנך אויף די גוטע וועג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


בשעת איר טוט א מצוה, איר שיידט אפ חלה, איר צינד די שבת ליכט און אנדערע מצוות - זאלט איר שטענדיג בעטן פאר די קינדער זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1291 - ווי אזוי כאפ איך זיך צוריק צום אייבערשטן?
קדושה, תשובה, משניות, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מודה ומתוודה, איך בין ליידער אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן דורכ'ן אינטערנעט, ליידער בין איך שוין דורך א שווערע דעפרעסיע, און יעצט זוך איך א וועג צוריק צום אייבערשטן, איך וויל ווערן ערליך. ווי אזוי מאכט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע דארפסטו וויסן און געדענקען דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן". אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "בא לטמא פותחין לו", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות זעט אויס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גאר אן אנדערע פשט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט אזוי ווייט אראפגעפאלן, דו ליגסט נעבעך אין די טומאה, זאלסטו זען ווי שנעלער אנטלויפן פון דארט. שטעל זיך פאר עס קומען רויבערס און מען כאפט דיר, מען טראגט דיר אוועק אין א פינסטערע ארט, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געבליבן דארט? וואלסט געזאגט 'וואס קען איך טון, מען האט מיר געפאנגען?' אדער דו וואלסט אלעס געטון ארויס צו גיין פון דארט?


אזוי זאלסטו טון, זיי זיך נישט מייאש, זאג נישט 'איך בין שוין פארפאלן, איך בין אראפגעפאלן אין טומאה'; הייב זיך אויף, אנטלויף פון דארט ווי פריער, קום צוריק צום אייבערשטן. די איינציגסטע חילוק איז, ווען רויבערס פאנגען איינעם דארף מען זוכן א וועג ארויס צו לויפן, אבער ווען מען פאלט אין די טומאה דארף מען סך הכל נאר עפענען דאס מויל און זאגן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, נעם מיר ארויס פון די טומאה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד". אזוי זאלסטו טון, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך גיי שוין זיין גוט; העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויפ'ן יצר הרע"; אזעלכע ווערטער זאלסטו זאגן, וועסטו זען ווי עס וועט זיך ביי דיר אלעס טוישן, דו וועסט ווערן א נייער מענטש.


ווארף אוועק די כלים; אז מען וויל תשובה טון מוז מען אוועק ווארפן די זאכן, אז נישט איז דאס אזוי ווי א טמא'נער מענטש גייט אין מקוה און האלט אן א טויטע שרץ, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אפילו ער וועט זיך טובל'ן אין אלע וואסערן פון די וועלט וועט ער בלייבן טמא.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, משניות רייניגט דעם מענטש; משניות נעמט אראפ אלע ראסט וואס קלעבט זיך אן פון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1290 - וואס טו איך אז מ'וויל מיר אוועקשלעפן פון הייליגן רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן און זיינע עצות, דורך די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און דאס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דאס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, עס האט מיר ממש אויפגעראכטן.


איך בין א בחור און איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין חסידות, און לעצטנס האט דער רבי פון מיין חסידות מיר אריינגערופן און מיר זייער אנגעשריגן פארוואס איך דריי זיך אין ברסלב, ער זאגט מיר, "איך בין נישט מסכים בשום אופן דו זאלסט אהינגיין, דו דארפסט אפמאכן אויב דו ביסט מיינער אדער גייסטו אהין, קען זיין איין טאג וועסטו זיך נאך אויפהויבן און פארן קיין אומאן, איך האב דיר זייער ליב, איך בין אבער בשום אופן נישט מסכים זאלסט גיין צו אנדערע פלעצער, מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין בית המדרש קיין ברסלב'ע ספרים, ער האט געזאגט אז דאס מאכט משוגע די יונגט, דו מעגסט צומאל אריינבליקן אין ברסלב'ע ספרים, אבער דו טארסט זיך מער נישט דרייען צווישן די ברסלב'ע".


אין אנהויב בין איך געווארן אביסל צעמישט, אבער גלייך ווען איך בין ארויס האב איך זיך אנגעהויבן אויסרעדן צום אייבערשטן, איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן, דו ווייסט דאך דעם אמת ווי אזוי איך האב אויסגעזען איידער איך בין אנגעקומען קיין ברסלב, און איך זאג דיר צו, רבונו של עולם, אז איך וועל קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן וואס האט מיר געגעבן לעבן, וואס האט מיר געגעבן א וועג צו ווערן אן אמת'דיגער ערליכער איד. און דאן האב איך אנגעהויבן אויסרעכענען פאר'ן אייבערשטן אלע מתנות וואס איך האב באקומען ביים רבי'ן, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, איך האב אנגעהויבן שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן און רעדן צו אים, איך בין דאך געליגן אין אזויפיל טיפע שלעכטע זאכן און נאר דער רבי האט מיר געקענט ארויסשלעפן פון דארט, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה העלפט מיר איך זאל זיך קענען היטן די אויגן, די דרשות האקן מיר אין קאפ און לאזן מיר נישט קיין מנוחה, עס קומט מיר כסדר אריין אין קאפ וואס דער ראש ישיבה חזר'ט כסדר אז די עבירות וועלן מיר נאר מאכן מער דעפרעסט, אויב וויל איך זיין א פרייליכער מענטש דארף איך זיך פירן ערליך.


איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך בין נישט געקומען אויף דער וועלט צו טאנצן אויף פארענטשעס, איך בין געקומען דא צו לערנען און דאווענען און צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב האב איך געטראפן א רבי וואס ברענגט מיר צו דעם ציל, וועל איך אים קיינמאל נישט אפלאזן, נישט קיין חילוק וואסערע פרייז איך וועל דארפן צאלן אויף דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און מיר ווייזן דעם וועג ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיין בריוו, ווי דו שרייבסט אז דו האסט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך בין נישט באשאפן געווארן צו שטיין אויף פארענטשעס וכו'", - האב איך זיך דערמאנט פון רבי נתן זכרונו לברכה, ווי ער איז אריינגעקראכן אין א ליידיגע שול און געוויינט צום אייבערשטן די ווערטער: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל?!"


דער הייליגער רבי נתן, איידער ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער געשפירט ווי עס פעלט אים א טעם אין לעבן, ער האט זיך געדריידט ביי גרויסע צדיקים, ער איז געווען ביי גרויסע קדושים, דאך האט ער געשפירט ווי ער קען נישט מער אנגיין. איינמאל מוצאי שבת איז ער געווען אויפ'ן וועג צו קויפן בייגל פאר א חבורה פאר מלוה מלכה, אזוי גייענדיג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט אנגעהויבן טראכטן: 'וואס? פארוואס בין איך באשאפן געווארן? וואס טו איך דא?! איך דריי זיך ארום אויף די וועלט אן קיין טעם אין לעבן!' ער איז אריין אין א ליידיגע שול, ער האט גענומען א תהילים און געוויינט, ער האט אזוי געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, אין שלאף האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי ער וויל ארויפקריכן א לייטער און ער האלט אין איין צוריק פאלן, און איינער שטייט אויבן ביים לייטער און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך; געב נישט אויף!" דאס איז געווען דער רבי, שפעטער ווען ער האט געזען דעם ערשטן מאל דעם רבי'ן - האט ער זיך דערמאנט דעם חלום.


דו שרייבסט אז דער אדמו"ר פון די חסידות וואו דו ביסט אויפגעוואקסן - האט דיר אנגעשריגן פאר'ן האבן שייכות מיט ברסלב'ע חסידים, ער האט דיר געווארנט אז דו זאלסט מער נישט גיין צו ברסלב'ע חבורות, ער זאגט אז ברסלב מאכט משוגע די יוגנט וכו' וכו'; דו שרייבסט אז די ערשטע רגע ביסטו געווארן צעמישט, אבער נאכדעם ביסטו געגאנגען זיך מתבודד זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, דו דערמאנסט מיר מיין התקרבות צום רבי'ן. ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן האב איך געהאט אזעלכע גרויסע מניעות! מענטשן האבן גערעדט צו מיר טאג און נאכט קעגן ברסלב; גרויסע מענטשן, חשוב'ע מענטשן, מענטשן וואס לערנען טאג און נאכט, נישט סתם רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, מענטשן וואס זענען באמת דבוק צו די תורה, מענטשן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן; זיי האבן גערעדט צו מיר אסאך לשון הרע קעגן רבי'ן און קעגן תלמידים פון רבי'ן. מען האט חוזק געמאכט, מען האט מיר געברענגט אלע סארט ראיות.


וואס האב איך געטון? צוויי זאכן. איינס, איך האב קיינמאל נישט געענטפערט, איך האב נישט גע'טענה'ט מיט קיינעם, דאס איז די ערשטע וויכטיגע זאך. צווייטנס, איך בין גלייך געגאנגען אין א זייט, איך האב געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, דו ווייסט דאך יא דעם אמת, דו ווייסט וואס איך וויל; איך וויל דאך נאר זיין א איד, איך וויל דאך נאר אביסל קרבת אלוקים, איך וויל דאך נאר א וועג ווי צו קענען לעבן מיט דיר"; איך פלעג אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וואס איך האב באקומען פון רבי'ן, ביז עס איז נאר שטערקער געווארן וואס איך האב צו טון אויף למעשה, אז איך גיי נישט אוועק פון אזא רבי.


איך האב אפגעשריבן א גאנצע ספר פון וואס איך בין אריבער ביים אנפאנג פון מיין התקרבות, אז דו וועסט דאס ליינען וועסטו וויינען. איך קען דאס נישט דרוקן מכמה טעמים, איך האב דאס געגעבן צו ליינען פאר אפאר חברים, אלע האבן געוויינט, עס איז זיי גערינען טרערן ליינענדיג וואס איך האב מיט געמאכט אין אנהייב; ווילסט וויסן דער סוד וואס האט מיר דערהאלטן? איך האב אלץ געמאכט א חשבון פאר מיר, 'וואס באקום איך אין ברסלב? וואס באקום איך אין אן אנדערע פלאץ?' איך האב נישט געוואלט יענער זאל מאכן מיינע חשבונות, א צווייטער קען נישט מאכן קיין חשבון פאר מיר, דער צווייטער קען מיר נאר פון אינדרויסן, יענער ווייסט דאך נישט ווער איך בין; מיינע מחשבות, מיינע דיבורים און מיינע מעשים וכו' וכו'; איך האב אלץ געמאכט א חשבון און געזען אז דער סך הכל קומט אויס אז דער רבי ברענגט מיר נענטער און נענטער צו די תורה.


דאס זאלסטו טון, יעדעס מאל מען רעדט צו דיר קעגן רבי'ן, מען רעדט צו דיר אויף די פלאץ וואס ברענגט דיר נאנט צום אייבערשטן, זאלסטו גיין אין א זייט און וויינען: "רבונו של עולם, וואס וויל איך? פארוואס מאכט מען מיר אוועק? פארוואס טאר איך נישט גיין צו ברסלב'ע חברים? פארוואס טאר איך נישט גיין צום רבינ'ס ציון?!" טו וואס דער שני למלכות האט געטון ווען די ווילדע מענטשן האבן אים געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", ער האט אזויפיל געזוכט די גאלדענע בארג מיט די שלאס פון פערל, האט ער געוויינט, ער האט געזאגט: "עס איז בודאי יא דא, עס מוז זיך יא געפונען", ביז ער האט איר געטראפן און איר ארויסגענומען. און אז מען קוקט גוט אין די מעשה זעט מען אז די אלע וואס האבן געלאכט - זיי האבן אים ביים סוף געהאלפן, דער ערשטער ווילדער מענטש האט געלאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין ברודער; דער צווייטער האט געלאכט און אים אוועק געמאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין דריטער ברודער - דער וואס איז ממונה איבער די ווינטן; דער דריטער ברודער האט אים גאר שטארק אוועק געמאכט, אבער ביים סוף האט ער גערופן די ווינט און די ווינט האט אים אהין געטראגן, און ער האט אים געגעבן א מתנה א כלי וואס ער זאל קענען אלץ האבן געלט, וואס דורך דעם האט ער געקענט אריינגיין אין שטאט און טרעפן די בת מלך.


קריג זיך נישט מיט קיינעם, בפרט מיט רבי'ס; ווען זיי זאגן דיר זאלסט אוועק גיין פון רבי'ן - זאלסטו נישט טענה'ן, גיי ווייטער דיין וועג, לערן דיינע שיעורים און זיי זיך מתבודד, וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1289 - פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?
אחדות, מחלוקת, אמונה, קשיות, מירון, אמונת חכמים, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אין מירון ל"ג בעומר ביינאכט, בשעת עס האט פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע, און איך בין נישט ביי מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט דעם ל"ג בעומר אין מירון האט מיר זייער צומישט.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, ווי קען זיין אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, זאל פאסירן אזא אומגליק?! דאס ווייזט אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מיר זאלן קומען צו אים? איז ל"ג בעומר נישט קיין טאג פון רחמים? דער אייבערשטער וויל אונז נישט? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן וואס גייט דא פאר, איך האב נישט קיין מנוחה, איך קען נישט ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר אלע זענען זייער צעבראכן פון די שרעקליכע פאסירונג, מען זעט קלאר אז דאס איז א גזירה מן השמים, אזוינס האט נאכנישט פאסירט, דאס איז קלאר א גזירה פון הימל. אבער חס ושלום זאגן אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען, חס ושלום זאגן אז ל"ג בעומר איז א טאג פארקערט פון חסד ורחמים.


וואס ווייסן מיר וואס רבי שמעון בר יוחאי ראטעוועט אלע אידן פון ביטערע גזירות.


ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע טאג, ל"ג בעומר איז א טאג פון ישועות ביי כלל ישראל; הונדערטער יארן וואס אידן קומען קיין מירון ל"ג בעומר זיך פרייען מיט די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. עד היום, ביזן היינטיגן טאג ווערן אידן געהאלפן ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די שיינקייט פונעם באשעפער, אז עס איז דא קשיות אויף אים, מען פארשטייט נישט וואס ער טוט, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", חס ושלום אויב וואלטן מיר פארשטאנען אלע זיינע וועגן, וואלט דאס געזאגט אז דער אייבערשטער איז כדעתנו, קומט אויס, אז אדרבה, די קשיות ווייזט אז מיר ווייסן גארנישט. דער רבי האט אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים; וואויל איז דעם וואס חזר'ט שטענדיג דעם פסוק (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלע זיינע וועגן, "וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און טוט נאר גוטס מיט אלע זיינע מעשים.


קלאפ דיין מויל, מען טאר נישט זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וויל אונז נישט"; דער אייבערשטער וויל אונז יא! דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אונז, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמואל-ב ז, כג): "וּמִי כְעַמְּךָ כְּיִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ", ווער און וואו איז נאך דא אזא פאלק ווי אידישע קינדער; ווער עס איז זוכה צו זיין אין מירון – זעט דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, די חסד וואס טוט זיך אפ צווישן אידישע קינדער, וואו מען גייט טיילט מען עסן און טרונקען, די גאנצע בארג מירון איז איין שטיק חסד.


די קדושת המקום אין די לעצטיגע יארן – איז מורא'דיג, די לעצטע יארן איז דא א מורא'דיגע ריינקייט; עס איז דא א ספעציעלע וועג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן. צענדליגער טויזנטער אידן, ערליכע אידן, קומען זיך צוזאמען אן קיין תערובות, אן קיין איין שלעכטע קוק רחמנא לצלן, מען קומט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכדעם טאנצט מען אינאיינעם; ווי קען מען טראכטן חס וחלילה אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען?! צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי איז דא צוויי בחינות, אין די מערה שפירט זיך ווי יום כיפורים, און אין חצר שפירט זיך ווי שמחת תורה.


די ביטערע טראגעדיע איז א זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, דאס איז א גזירה מן השמים. איין זאך וואס מיר דארפן ארויסנעמען ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע זאך (איכה ג, מ): "נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה וְנָשׁוּבָה עַד ה'"; מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן זיך בארעכענען אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו צעקוועטשן א צווייטן איד, נישט צעדריקן א צווייטן. עס איז שוין געקומען די צייט אפצולאזן מחלוקת; אז א צווייטער האלט אנדערש – קומט נאכנישט מען זאל אים צעקוועטשן, אז א צווייטער גייט צו א צווייטער רבי – קומט נאכנישט מען זאל אים צעטרעטן.


עס איז וויכטיג אז ווען מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי זאל מען לעבן אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי וויל מיר זאלן לעבן. רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר הקדוש, פרשת נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער גרויסקייט איז, ווייל מיר לעבן מיט ליבשאפט, מיר האבן זיך ליב; אז מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי דארף מען אנהייבן לעבן מיט ליבשאפט, ליב האבן א איד פון אן אנדערע גזע – אזוי ווי פון די אייגענע גזע.


אז מען קומט ל"ג בעומר, מען זינגט: "אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל"; מען זינגט נישט "אשרינו" – וואויל איז אונז, נאר מען זינגט: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אידן; דארף מען דאס ארייננעמען אין זיך און געדענקען א גאנץ יאר: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אלע אידן!


ווען מען איז מקבל גוטע קבלות – דארף דאס זיין מתוך שמחה, עס טאר נישט קומען פון עצבות ומרה שחורה. אויב עס קומט פון עצבות – וועט עס נישט אנהאלטן, גוטע קבלות וואס קומט פון שמחה – דאס האט א קיום. דעריבער דארף מען זיך זייער היטן אין די טעג, ווען מען רעדט אזויפיל פון די שלעכטע נייעס, אז מען זאל נישט אריינפאלן אין עצבות.


מען מוז זיך האלטן אין די אמונה, געדענקען (רש"י במדבר יט, ב): "גזירה היא מלפני, ואין לך רשות להרהר אחריה"; נאר אזוי וועלן די גוטע קבלות האבן א קיום.


עס איז זיכער אז רבי שמעון בר יוחאי האט דא אראפגענומען גרויסע ביטערע גזירות פון גאנץ כלל ישראל.

#1288 - איז דא אן ענין פאר פרויען צו זאגן תיקון הכללי?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אן ענין אויך פאר פרויען צו זאגן תיקון הכללי, און אויב יא, פאר וועלכע זאכן עס העלפט, ווייל למעשה האבן דאך פרויען נישט די זעלבע נסיונות ווי מענער, אפשר איז בעסער פאר פרויען צו זאגן דעם יום תהלים אנשטאט תיקון הכללי?


אויך וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה ענטפערט שנעלער א בריוו פון איינעם וואס דער ראש ישיבה ווייסט ווער עס איז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי איז דא אן ענין פאר פרויען צו זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געוווען. די תיקון הכללי איז א תיקון פאר אלעס וואס מען דארף מתקן זיין, דאס איז סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען.


אלע האבן נסיונות און אלע דארפן האבן שמירה עליונה; מענער, פרויען, יונג און אלט - אלע דארפן זיין אפגעהיטן פון אויבן, און אז מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז מען זיכער אז מען וועט נישט פאלן.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן זאגן דעם יום תהילים, עס איז דא צייט פאר די תיקון הכללי און פאר דעם יום תהילים; אויב איר האט נישט קיין צייט - זאלט איר זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, דאס איז שוין כולל גאנץ תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1287 - זאל איך נאר לערנען און דאווענען, אדער אויך פארברענגען מיט חברים?
שידוכים, לימוד התורה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט מען זאל מיר אנטראגן א שידוך. מיין שאלה איז אזוי, איך פלעג זיין זייער א פריינטליכער און שמועסדיגער מענטש, איך האב געהאט מיט יעדן און יעדער האט געהאט מיט מיר, ביז איינמאן ווען איך בין דורך א שווערע איבערגאנג אין לעבן, וואס האט שלעכט געווירקט אויף מיר, און דאן האב איך אפגעמאכט אז איך מוז טוישן מיין וועג אין לעבן, איך האב באשלאסן מיט א שטארקייט אז איך לאז אפ אלע מיינע חברים און איך זעץ מיך לערנען און דאווענען.


אין אנהויב האבן אלע געלאכט פון מיר, אבער איך האב אפגעמאכט מיט עקשנות אז איך שייד זיך אפ פון יעדן, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך וועל ארבעטן שטיל, זאגן תהילים שטיל, און דאווענען ווי אזוי איך וויל. צוביסלעך האבן אלע איינגעזען אז עס איז נישט קיין וויץ, און איך האב אפגעהאקט מיט יעדן איינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם.


איך ארבעט, און איך לערן אביסל, און אזוי ווייטער, אבער אן קיין שייכות מיט קיינעם. איך גריס נישט קיינעם, איך שמייכל נישט צו קיינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך האב עס גענומען זייער עקסטרעם ווייל איך האב געוואלט זיכער מאכן אז איך פארליר אלע מיינע אלטע חברים, און איך וועל נישט געשטערט ווערן פון לשון הרע לצנות און סתם צייט שטופעריי.


עס גייט שוין אן אזוי א שיינע פאר יאר, איך וויל אבער וויסן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל פון די אנדערע זייט קען זיין אז עס וועט קראכן און איך וועל סתם בלייבן א דעפרעסטער איינזאמער מענטש. איך וויל וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג, פון איין זייט זיך צו האלטן פארזיכערט אז איך פאל נישט צוריק צו די וועג פון שטופן צייט מיט חברים וכדומה, וואס אין מיינע אויגן קען איך עס נאר באווייזן מיט דעם עקסטרעמען וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט עס די פראבלעם אז איך ווער אן איינזאמער מענטש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אויסדערוועלט די בעסטע זאך; דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דינסט דעם אייבערשטן. האסט אפגעלאזט אלע חברים לצים, דו דינסט דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די אלע מחשבות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך - וועסטו מער נישט זיין איינזאם. ביז דיין שידוך קומט אן זאלסטו ווייטער לערנען און דאווענען און זוכן נאר ערליכע אידן מיט וועם צו גיין און קומען.


באמת, אז מען טראכט אריין זעט מען אז חברים איז סתם א דמיון; אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זען אז אפילו דער וואס האט חברים - איז אליינס, עס קומט א צייט וואס מען זעט אז אלע חברים איז סתם א פארבלענדעניש. מען רעדט נישט אויב מען האט א גוטער חבר וואס מען איז זיך מחזק אויף תורה ותפילה, מען רעדט פון חברים וואס ביי די וועלט איז דאס חברים, היינט זעט ער אויס ווי א חבר און מארגן שטעכט ער דיר אריין און ער איז דער ערשטער דיר צו באגראבן.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, שטארק זיך; גיי ווייטער אויף די גוטע וועג, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מאך זיך א שיעור יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה; משניות רייניגט דעם מענטש, און "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער משניות דו וועסט לערנען - וועסטו זיך מְשַׁנֶה זיין אינגאנצן און ווערן ריין. ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס משניות מאכט, וואס משניות טוט פאר'ן מענטש - וואלט מען נישט אפגעלאזט די משניות, בפרט בחורים וואס מוטשען זיך און פאלן אין פגם הברית, פאר זיי איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; יעדעס מאל מען מאכט אפ אז מען גייט זיין ערליך - פאלט מען אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אויב וואלטן זיי זיך געפלייסט אין משניות - וואלטן זיי געהאט די כוחות צו זיין שטארק, ווייל משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע. די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז "מִשְׁנָה", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא; די בלעטער גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין חברים, ווייל גמרא מאכט ליכטיג; גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק, האלט זיך אין די תורה; די אלטע חברים זענען נישט דיינע אמת'ע פריינט, די תורה איז אן אמת'ער פריינט, די הייליגע גמרא וועט בלייבן דיין חבר אין דיינע שווערסטע מצבים.


די תורה איז די בעסטע חבר, נעם איר פאר א חבר און אין איר זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1286 - זאל איך קויפן א טעסלא קאר?
קדושה, קאמפיוטער, טעלעפאן, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער חשק צו קויפן א טעסלא קאר. אבער איך האב געהערט אז מען קען נישט אפשטעלן די פארבינדונג צו ווייפיי מעגליכקייט פונעם קאר. מעג איך קויפן אזא קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 רבי נפתלי זכרונו לברכה האט דערציילט פאר רבי נתן אז דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים, שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם, וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָׂדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן א פערד און וואגן כדי מען זאל קענען גיין התבודדות; היינט איז עס א קאר. עס איז ממש א מחי' אז מען פארט אביסל אוועק פון שטאט און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן; מען זוכט א שטילע גאס, א ווינקעלע, און מען גייט אביסל שפאצירן וכו' וכו'; ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן האט ער א בעסערע לעבן.


א קאר קענסטו נעמען, געב נאר אכטונג נישט צו האבן אין שטוב די כלים וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט נישט גוטע זאכן; אז מען דארף דאס האבן אין אפיס אדער אין קאר איז עפעס אנדערש ווי דאס צו האבן אין שטוב, פארשטייט זיך עס דארף זיין אפגעשטעלט די וועג וואו מען גייט אריין אין נישט גוטע פלעצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1285 - ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, משניות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר אזוי מחזק, און פאר אלע גוטע זאכן וואס איך באקום.


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, מ'הויבט יעצט אן הערן שידוכים פאר מיר, און איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מדריך זיין ווי אזוי מ'טרעפט דעם ריכטיגן זיווג, און ס'זאל טאקע זיין בסימן טוב ומזל טוב.


אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב די אנדערע זייט וועט זיך עקשנ'ען אז איך זאל זיך נישט דרייען אין היכל הקודש, אויב איך זאל טון אזא שידוך, אדער יא מקפיד זיין אז זיי זאלן כאטש נישט קריגן אויף היכל הקודש.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן יעצט די צווייטע מאל ששה סדרי משנה אין אייער זכות, דער אויבערשטער זאל אייך געבן די כוחות ווייטער אנצוגיין צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, און מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בקרוב אונז קומען באזוכן אין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 דו פרעגסט די מיליאן דאלער קשיא... אלע בחורים פרעגן די קשיא, ווי אזוי טרעפט מען א שידוך? ווי אזוי טרעפט מען די ריכטיגע זיווג? דער ענטפער איז דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג אויף דעם.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם - נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים, דאס איז א סגולה פון רבי'ן צו טרעפן א שידוך, דער רבי זאגט (ספר המידות חיתון חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", ווער עס טרעפט נישט זיין שידוך זאל זאגן די פרשה פון די קרבנות הנשיאים; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שנעל חתונה האבן.


בנוגע אויב דו זאלסט זאגן וועגן ברסלב, זאג נישט גארנישט; וואס איז דען ברסלב? ברסלב איז א וועג צו דינען דעם אייבערשטן, עס שטערט נישט פאר די חתונה געהאטע לעבן; אז מען האט א מחלה אדער א פראבלעם וכדומה - דעמאלט דארף מען זאגן, אבער אז מען האט חיות פון צדיקים קדושים בעלי רוח הקודש - דארף מען נישט זאגן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; משניות איז מטהר דעם מענטש, משניות רייניגט פון אלע שמוץ.


איך וועל אם ירצה ה' זיין ל"ג בעומר אין מירון, איך האב היינט באקומען רשות אריין צו קומען אין ארץ ישראל; נאך אסאך תפילות און בענקעניש וועל איך זיין אם ירצה ה' די קומענדיגע טעג אין ארץ ישראל.


דא האסטו א תפילה צו בעטן פאר א שידוך, די תפילה האט מוהרא"ש מחבר געווען אין לשון הקודש, עס איז געדרוקט אין ספר מציאות הזיווג. זוך דיר א שטילע פלאץ און זאג די ווערטער, וויין זיך אויס צום אייבערשטן וועסטו זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


דא האסטו דעם תפלה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1284 - ווי אזוי געב איך זיך אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין מחלוקת?
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ירושלים עיה"ק, און איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, בעיקר דורך אייך, אבער איך האב געהערט פון נאך משפיעים אין ברסלב, און איך בין ברוך ה' זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך האב ברוך ה' שלום בית אין אייער זכות.


איך האב ליב און איך בין מכבד יעדן איד, און איך האב ברוך ה' נישט קיין שייכות צו קיין שום מחלוקת, עס טוט מיר אבער וויי צו זען אז דוקא אין ברסלב איז דא אזויפיל מחלוקת. איך זע אידן וואס זענען געבוירן אין ברסלב, זיי קענען גוט דעם רבינ'ס ספרים, און פון דעסט וועגן זענען זיי נאר פארנומען מיט פאליטיק, ווער ס'איז אלץ א מפורסם של שקר, ווער ס'איז יא גוט און ווער ס'איז נישט גוט.


דער עיקר האב איך מורא פאר מיר אליין, די אלע מענטשן זענען דאך לכאורה אויך געגאנגען אויפ'ן זעלבן וועג ווי איך גיי, און ווער זאגט אז איין טאג וועל איך אויך נישט ווערן אזוי, צו ווערן פארנומען מיט נארישע פאליטיק, אנשטאט צו נוצן דעם רבינ'ס עצות נאר פאר מיר אליין.


ווי אזוי מאכט מען זיכער צו נעמען דעם רבי'ן נאר פאר זיך, און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום פאליטיק און מחלוקת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ב): וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה", ווען צדיקים זענען מגלה נייע וועגן ווי אזוי מען זאל דינען דעם אייבערשטן, דורך דעם וועקן זיך מענטשן אויף, עס ווערט: "רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אַךְ אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", אבער נישט אלע נעמען די נייע וועג צו גיין מיט דעם צום אייבערשטן, א טייל נעמען דאס פאר חיי עולם און א טייל נעמען דאס צו שענדן די וועלט, "כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די צדיקים נעמען דעם צדיק'ס נייע וועג צו דינען דערמיט דעם אייבערשטן, "'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער די שלעכטע מענטשן נעמען דאס נישט צו דינען דעם אייבערשטן, "רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם", נאר זיי באנוצן זיך מיט די נייע שכל חוזק צו מאכן פון די וועלט, "עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה", זיי בארומען זיך אז זיי ווייסן פון די נייע שכל אבער די וועלט ווייסט נישט דערפון, "וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה", מען שפעט פון אנדערע, מען מאכט מחלוקת אויף אנדערע, מען באנוצט זיך נישט מיט די שכל צו דינען דעם אייבערשטן.


ליידער האבן מיר דאס געזען אלע יארן, ווי מען האט פארשעמט מוהרא"ש; די מחלוקות אויף מוהרא"ש איז נישט געקומען פון פרעמדע, נאר ליידער ליידער, די וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ע חסידים' - זיי האבן געקריגט און געמאכט די מחלוקות; דאס איז וואס דער רבי זאגט, אז נישט אלע וואס קומען צום צדיק באנוצן זיך מיט דעם צדיק'ס ווערטער פאר עבודת השם, א טייל נוצן דאס צו שענדן אנדערע.


א רחמנות אויף די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער און זענען פארנומען מיט מחלוקות; עס וועט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך נישט קענען מוחל זיין אויף וואס זיי האבן געטון. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א שיינער בעל תפילה און א גרויסער עובד ה', דאך האט רבי נתן געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


שטיי אוועק פון די אזוי גערופענע ברסלב'ער, שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת; דו זאלסט קיינמאל נישט האבן מיט די וואס טשעפען אנדערע, רבי נתן האט קיינמאל נישט געוואלט זיין פון די וואס רודפ'ן אנדערע. אמאל זענען געקומען צו רבי נתן די משכילים פון אומאן, זיי האבן ליב געהאט, זיי האבן אים געזאגט: "מיר קענען פועל'ן ביי די רעגירונג אז ביז פיר און צוואנציג שעה זאל נישט זיין אין גאנץ רוסלאנד קיין איין מתנגד אויף אייך!" זיי האבן געהאט א כח ביי די רעגירונג, זיי האבן געזען ווי מען רודפ'ט רבי נתן פאר גארנישט מיט נישט, זיי האבן דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האבן זיי דאס געזאגט פאר רבי נתן און געבעטן רשות דאס צו טון, האט רבי נתן געזאגט: "איך פארגין נישט די מתנגדים זיי זאלן זיין נרדפים, איך וויל זיין דער נרדף; דער רבי האט מיר געלערנט קיינמאל נישט צו רודפ'ן אנדערע".


דעריבער בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס רופן זיך ברסלב'ער, די וואס רודפ'ן אנדערע; חבר זיך נאר מיט אנשי שלומינו וואס זייערע דיבורים זענען נאר פון תכלית, זייערע דיבורים איז נאר פון חיזוק. זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די וואס רעדן נאר פון חיי עולם, הער אויס שיעורים פון אנשי שלומינו וואס זייערע ווערטער זענען חיזוק אויף תורה, חיזוק אויף תפילה.


דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם ארויסשלעפן פון זיין בלאטע - אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן. הער נישט אויס די טעלעפאן ליינס וואס רעדן אויף דעם און אויף יענעם, גיי נישט אריין אין שולן וואס מען רעדט קעגן דעם און יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לב): "אַל תִּתְפַּלֵּל בְּבַיִת שֶׁבָּנָה בַּעַל מַחְלוֹקֶת", מען זאל נישט דאווענען אין א הויז וואס א בעל מחלוקת האט געבויעט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען א בית המדרש וואו מען קריגט זיך, אויף דעם זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריינגיין דאווענען אין א שול וואס מען קריגט זיך דארט.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות, אין שפיאל האט מוהרא"ש געשריבן די בריוו ווי ער בעט זיך ביי אונז אז מיר זאלן נישט האבן צוטון מיט מחלוקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


אויך שרייבט מוהרא"ש אין די צוואה זייער שטארק קעגן מחלוקות, מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער", עד כאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1283 - האב איך ריכטיג געטון צו טוישן די שייטל צו א טיכל?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חאלאקע, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן גיין מיט א טיכל אנשטאט די שייטל מיט וואס איך בין געגאנגען ביז יעצט, פארשטייט זיך מיט רשות און מיט די הסכמה פון מיין מאן.


למעשה בין איך אבער צעמישט אויב איך האב ריכטיג געטון, ווייל איך האב נאנטע משפחה וואס זאגן אז איך האב עס נישט געטארט טון, זיי טענה'ן אז א צניעות'דיגע שייטל איז מער אויסגעהאלטן ווי א טיכל, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און יעצט בין איך מסופק צי דער אייבערשטער איז טאקע צופרידן פון דעם שריט.


איך בין זיך זייער מחזק יעדע וואך מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק אויף דעם.


אויך מאכן מיר ברוך ה' חאלאקע דעם ל"ג בעומר, און איך וויל וויסן אויב ס'איז עפעס אויף וואס מ'דארף פון יעצט מער מקפיד זיין ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט אויסטון די שייטל און אנטון א טיכל און אייער מאן איז מסכים צו דעם, זאלט איר דאס אוודאי טון.


עס איז נישט וואר וואס אייער משפחה זאגט; אודאי איז א טיכל מער צניעות'דיג פון א שייטל. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען א שייטל איז נאר ווייל מען וויל די פרויען זאלן זיך נישט שעמען זיך צו צודעקן דעם קאפ, א פרוי טאר נישט גיין אויפגעדעקט די אייגענע האר; פאר די פרויען וואס שעמען זיך צוצודעקן דעם קאפ אז זיי זאלן נישט נכשל ווערן - פאר זיי האט מען מתיר געווען צו גיין א שייטל, אבער א טיכל איז זיכער מער מעלה אין צניעות.


קיינער פון די משפחה קען זיך נישט אריינמישן אין אייער לעבן; אז איר מיט אייער מאן ווילן ביידע טון די גוטע זאך - זאלט איר דאס טון.


בנוגע אייער קינד וואס ווערט דריי יאר; פון היינט און ווייטער זאלט איר זען ער זאל שטענדיג גיין צוגעדעקט דעם קאפ, אפילו ביים שלאפן; א קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון דעם קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין צוגעדעקט דעם קאפ.


אויך זאלט איר אכטונג געבן ער זאל גיין מיט ציצית און שלאפן מיט ציצית.


ועל כולם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, צדיקים. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1282 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.

#1281 - איך פיל זיך ווערטלאז, ווי אזוי שטארק איך זיך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך הער נישט אויף צו פאלן, איך קען נישט עפענען מיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, איך שעם זיך זייער שטארק ווי אזוי איך זע אויס, איך באשולדיג מיך זייער שטארק, און איך ווייס אז איך בין טאקע שולדיג, אבער עס איז שרעקליך שווער זיך ארויסצוזען פון מיין מצב מיט אזעלכע געפילן.


ווען איך פרוביר צו טראכטן פון די גוטע זאכן וואס איך טו, אזוי ווי לערנען א בלאט גמרא אדער מעביר סדרה זיין, גלייב איך נישט עכט אז עס איז עפעס ווערד, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, הארציגער חבר; דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייען אלע אריבער, אלע שפירן דאס וואס דו שפירסט. דאס איז דאך אונזער עבודה אויף די וועלט, זיך צו שטארקן אויף די אלע מלחמות.


דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל ער וויל ארויסנעמען פון אים תענוגים און שעשועים וואס מען קען נישט האבן פון מלאכים. מלאכים האבן נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין דאגות פרנסה, זיי זענען א שטיק פייער, זיי זענען זייער הייליג; דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דעם קליינעם מענטש'ל מיט א ברענעדיגע יצר הרע וואס ווארפט אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דער אייבערשטער וויל זען ווי דער מענטש שטעלט זיך אויף און קומט נאכאמאל צוריק, ער פרובירט וואס ער קען.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְצָת בִּידִיעָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ווער עס ווייסט אביסל וואס איז חשוב ביים אייבערשטן, "הוּא יוֹדֵעַ שֶׁעִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַק שֶׁאֲנַחְנוּ מֵעוֹלָם הַזֶּה הַשָּׁפָל נְגַדֵּל וּנְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ יִתְבָּרַךְ", דער ווייסט אז דער עיקר תענוג ביים אייבערשטן איז ווען מיר אידן פון אזא נידריגע וועלט זאלן אים דינען, "וְזֶהוּ עִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס איז די גרעסטע תענוג און זיסקייט ביים אייבערשטן, אז מיר זאלן אים דינען; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (מוסף ליום כיפור): "וְאָבִיתָ תְהִלָּה מִגּוּשֵׁי עָפָר מִקְּרוּצֵי חֹמֶר", דער אייבערשטער ווערט געלויבט דורך שטיקער בלאטע וכו', "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ שְׂרָפִים וְחַיּוֹת וְאוֹפַנִּים וְעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים שֶׁהֵם עוֹבְדִים אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דער אייבערשטער האט דאך ברענעדיגע מלאכים, מלאכים וואס הייסן חיות, מלאכים וואס הייסן וועגענער, אזויפיל וועלטן וואס דינען דעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן עִקָּר הַתַּעֲנוּג וְהַשַּׁעֲשׁוּעַ שֶׁלּוֹ כְּשֶׁעוֹלָה לְמַעְלָה הָעֲבוֹדָה שֶׁל עוֹלָם הַשָּׁפָל הַזֶּה", דאך האט דער אייבערשטער מער הנאה פון מיר וואס מיר זענען דא אין די וועלט.


טייערער ברודער זיי שטארק, לאז נישט אפ דיינע גוטע מעשים. דו שרייבסט: 'איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד'; דאס דארף דיר נישט צעברעכן, ווייל אויב ביסטו טאקע גארנישט ווערד - איז דאך יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זייער חשוב ביים אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה טוט עפעס גוטס - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אסאך מער פון די וואס זענען נישט אזוי ווייט.


דער צדיק קוקט אנדערש ווי מיר קוקן, דער צדיק זוכט אין יעדן איינעם דאס גוטס; ער טרעפט גוטס אין יעדן איינעם, אפילו אין די ערגסטע מענטשן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות ו): "אֲפִלּוּ אִם אֵין מוֹצְאִין בּוֹ כִּי אִם זְכוּת אֶחָד מִנִּי אֶלֶף", אפילו דער צדיק טרעפט נאר אינעם מענטש א טויזנטסט'ל, א פינטעלע גוטס, "וַאֲפִלּוּ אִם יֵשׁ בְּאוֹתוֹ הַמִּצְוָה וְהַזְּכוּת עַצְמוֹ רֻבּוֹ פְּסֹלֶת וְאֵין בּוֹ כִּי אִם אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבוֹת אֶחָד מֵאֶלֶף בְּאוֹתוֹ זְכוּת עַצְמוֹ", און אפילו אין דעם פינטל אליינס, אין דעם טויזנטסט'ל גוטס וואס דער צדיק האט געטראפן, איז אויך אנגעפילט מיט שלעכטס - מאכט דער צדיק א גאנצע עסק פון דעם און דריידט איבער דעם מענטש ער זאל ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת לב.): "אֲפִלּוּ אִם בְּאוֹתוֹ הַמַּלְאָךְ עַצְמוֹ תְּשַׁע מֵאוֹת תִּשְׁעִים וְתִשְׁעָה חֲלָקִים לְחוֹבָה וְאֶחָד לִזְכוּת, נִצּוֹל גַּם כֵּן", אפילו אינעם מלאך המליץ וואס איז נאר א טויזנטסט'ל, איז אויך דא אין אים אליינס ניין הונדערט ניין און ניינציג סברות צו זאגן שלעכטס אויפ'ן מענטש - ווערט דער מענטש געראטעוועט; זאגט רבי נתן (שם): "צַדִּיק כַּתָּמָר יִפְרָח (תהלים צב, יג)", דער צדיק ווערט אנגערופן תמר, תמר איז א לשון פון תמורה-אויפטוישן, דער צדיק טוישט אויף, ער מאכט פון שלעכט - גוט, ער דריידט איבער אלע מקטריגים - זיי זאלן ווערן מליצים.


חוץ פון דעם, איז דאס נישט אמת; דו ביסט יא ווערד, ביים אייבערשטן ביסטו זייער ווערד; דער אייבערשטער האט דיר זייער ליב, דער אייבערשטער ווארפט נישט קיינעם אוועק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט קיינעם נישט אוועק, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", ער נעמט אן יעדן איינעם, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך אן אין די הייליגע תורה; עפן די הייליגע גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע און העכסטע פלאץ. קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין אין דיר, אז דיין תורה איז גארנישט ווערד; שקר וכזב! די תורה איז יא ווערד, יעדעס ווארט גמרא וואס מען לערנט איז ווערד. די קליפות ציטערן פון די תורה, בפרט פון גמרא, ווייל ווען א איד לערנט א בלאט גמרא פארברענט ער אלע קליפות (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד).


אז דו קענסט נישט עפענען דיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און א געבעט, זאג: "רבונו של עולם, עפן מיר מיין מויל; איך וויל רעדן צו דיר, איך קען נישט רעדן צו דיר; העלף מיר אייבערשטער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון קיין שלעכטע זאכן; וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף צו פאלן! וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף זינדיגן! איך זינדיג אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וואס דאס פארדרייט מיר מיין מח מחשבה, עס מאכט מיר טראכטן אז איך בין שוין פארפאלן.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, מיט שמחה וועל איך זיך קענען מתגבר זיין אויף די נארישע יצר הרע"; אזוי זאלטסו בעטן, און אז דו קענסט נישט בעטן זאלסטו בעטן נאר אויף דעם פרט, אז דו זאלסט קענען רעדן צום איבערשטן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק, דו וועסט אנהייבן נאכאמאל פונדאסניי מיט שמחה דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1280 - ביי וועמען זאל איך קויפן נייע מזוזות?
חסידות ברסלב, מזוזה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף יעצט קויפן נייע מזוזות, אויב וויל איך באשטעלן ביים היימישן ברסלב'ער סופר, וועל איך דארפן ווייטער ביז'ן קומענדיגן ווינטער. איך קען יעצט קויפן ביי א צווייטן סופר וואס ער האט מזוזות פון ארץ ישראל, אבער איך קען נישט נאכגיין פון וואו ער האט עס באקומען, ער זאגט אבער אז עס קומט פון ערליכע סופרים. קען איך אים גלויבן און קויפן די מזוזות ביי אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו דארפסט נייע מזוזות, די אלטע זענען נישט כשר - וואס איז די שאלה בכלל? גיי קויף מזוזות ביי אן ערליכן סופר; יעדע רגע וואס מען האט נישט קיין מזוזה האט מען מבטל געווען א מצוה פון די תורה.


וועגן א חומרה ווילסטו מבטל זיין א מצוה?! זייער פיין און וואויל צו נעמען מזוזות ביי א ברסלב'ער סופר, אבער בלייבן אן א מזוזה ווייל דער ברסלב'ער סופר האט נישט קיין מזוזות?! דאס איז וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) אז מענטשן וועגן חומרות זענען זיי אלעס מבטל.


לאז אפ דעם סופר; אז ער האט נישט קיין מזוזות גיי קויף מזוזות. קויף טייערע מזוזות, מהודר'דיגע מזוזות; זיי נישט ווי דער ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געשיקט די קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען די קינדער אוועקגעפאלן פון אידישקייט.


בזכות מזוזה זאלסטו ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.

#1279 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן?
שידוכים, קדושה, טעלעפאן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט דעם שיעור פון דעם זונטאג, און דאס האט מיר זייער מחזק געווען צו האבן נאר א כשר'ע גוט געפילטערטע טעלעפאן. איך האב ביז יעצט אויך געהאט מיין טעלעפאן טיילווייז געפילטערט, אבער יעצט וויל איך קויפן א גענצליך כשר'ע טעלעפאן.


איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין אויף דעם, ווייל איך ווייס נישט אויב איך וועל זיך קענען דערהאלטן.


אויך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א צו מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין טרעפן מיין באשערטע שידוך בקרוב ובניקל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי קלוג און זיי פאלגעדיג; קויף דיר נישט קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, מיר האבן אין אונזער דור די שרעקליכע נסיון פון האבן מיט זיך די כלים אויף וואס מען קען זען עבירות מסוף העולם ועד סופו; די כלים האבן שוין אויסגעריסן טויזנטער אידישע בחורים און מיידלעך פון די הייליגע תורה. אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די אמונה הקדושה און אז מען האט נישט קיין אמונה - האט מען שוין גארנישט, דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


איך האף דו וועסט אננעמען די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ, זאלסט נישט נעמען קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות; אויפ'ן מינוט וועט דיר עס אפשר נישט זיין אזוי באקוועם, אבער דיין לעבן וועט דיר זיין מער באקוועם, דיין עתיד וועט דיר זיין מער באקוועם; דו וועסט זיך נישט אזוי מוטשען אין לעבן.


די כלים איז א וועג ווי אזוי צו טראגן מענטשן צום טויט; דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך - גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דעמאלט דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ; ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר; דערצייל דעם אייבערשטן אין דיין שפראך ווי שטארק עס ציט דיר צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר געבן כח עומד צו זיין בנסיון.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו באקומען א גוטע שידוך; א שידוך מיט טעם, א שידוך מיט חן; אויב מען היט נישט די אויגן קען מען נישט האבן קיין שלום בית. דער הייליגער צדיק רבי יהודה החסיד דערציילט (ספר חסידים, סימן שפז): "אָדָם אֶחָד הִתְעַנָּה כַּמָּה יָמִים שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אִשָּׁה שֶׁהוּא אוֹהֵב", א מענטש האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, אויך האט ער געבטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, "וְלֹא נִתְקַיֵּם תַּעֲנִיתוֹ וּתְפִלָּתוֹ", און דער אייבערשטער האט נישט אנגענומען זיין געבעט מיט זיינע תעניתים, איז ער געקומען מיט טענות צום צדיק: "פארוואס האט מיר דער אייבערשטער נישט געגעבן די שידוך, איך האב אזויפיל געבעטן!" האט אים דער צדיק געזאגט: "אפשר איז דאס נישט דיין באשערטע זיווג?" דער מענטש האט זיך פארט נישט געוואלט בארואיגן, ער האט גע'טענה'ט: איך האב דאך אזויפיל געבעטן, איך האב אזויפיל געוויינט און געפאסט, דער אייבערשטער וואלט ווען געדארפט טוישן די גזירה און מיר אנשרייבן די שידוך וואס איך האב ליב, "אָמַר הַחָכָם: 'מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים'", האט אים דער צדיק געענטפערט, ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך אן קיין חן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק נישט צו גיין קויפן קיין טעלעפאן און אנדערע כלי משחית וואס מען קען זען אין דעם שלעכטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.