שאלה אין קורצן ענין
#872 - פארוואס שרייבט מוהרא"ש אזוי שארף אין זיין צוואה?
צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מחיה מיט די חיזוק פונעם ראש ישיבה וואס האלט מיר ממש ביים לעבן, איך האב אנגעהויבן לעבן, און איך האב אנגעהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


איך האב אבער א זאך וואס שטערט מיר זייער, דאס וואס איך האב געליינט אין די צוואה פון מוהרא"ש וואו ער שרייבט זייער שארף אויף די אלע וואס האבן אים געטשעפעט, אז דער אייבערשטער ווער נקמה נעמען אין זיי, און אזוי ווייטער. ווי אזוי קען א צדיק רעדן אזוי? צו וועלן זען שלעכטס ביי אנדערע אידן? א צדיק איז דא צו משפיע זיין נאר גוטס פאר יעדן.


איך מיין גארנישט פערזענליך, אבער ס'איז מיר שווער אנצוגיין מיט'ן לערנען אויף סדר דרך הלימוד צוליב די קשיות וואס איך האב אויף מוהרא"ש, ובפרט אויף דעם וואס ער שרייבט אין זיין צוואה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז א צדיק וויל נישט זען שלעכטס ביי אנדערע אידן, א צדיק וויל משפיע זיין פאר אלע אידן נאר גוטס; עס גייט אים אין לעבן אז אידן זאלן האבן נאר גוטס.


דער צדיק האט אזא שטארקע כח אז ער קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, וואס טוט דער ס"מ? ער האט זייער מורא אויב דער צדיק וועט אנטפלעקט ווערן, ווייל דעמאלט וועלן דאך אלע אידן צוריק קומען צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער מען זאל רעדן שלעכטס אויפ'ן צדיק, אזוי האלטן זיך מענטשן צוריק פון מקורב ווערן צו אים; ער פארשטעלט דעם צדיק וואס קען צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו מענטשן וואס זענען שוין זייער ווייט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנא): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא בִּלְבַד אֲנָשִׁים פְּשׁוּטִים", נישט נאר פשוט'ע מענטשן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיקִים וַאֲנָשִׁים גְּדוֹלִים אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען אלע גרויסע צדיקים צום גוט'ן וועג; קומט עמלק און מאכט ליצנות אויף די אמת'ע צדיקים, אלעס נאר צו פארשטעלן דעם אמת'ן צדיק.


אז דו וועסט נאכאמאל לערנען די צוואה מיט אן אמת'ע בליק וועסטו זען אז דאס איז בכלל נישט שארף געשריבן, עס איז פול מיט רחמנות; דו וועסט וויינען ווען דו וועסט ליינען די ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן, "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט אלע צרות אין יסורים האט ער נישט אויפגעהערט מחזק זיין אידישע קינדער, טאג און נאכט, נאכט און טאג - האט ער געשריבן ספרים און קונטרסים פאר בחורים און מיידלעך זיי זאלן זיך האבן מיט וואס צו מחזק זיין.


איך האב נאכאמאל אפיר גענומען די צוואה אויפצוזוכן וועלכע שטיקל דיר שטערט, איך ליין און איך וויין זעענדיג וואס מוהרא"ש שרייבט (שם, אות יא): "אִיךְ וִויל אַייךְ זָאגְן דֶעם רֵיינֶעם אֱמֶת, אַז דִי אַלֶע וָואס הָאבְּן גֶעהַאט אַ חֵלֶק אִין דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען וָואס מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אוֹיף מִיר, זָאל מְקוּיָם וֶוערְן בַּיי זֵיי דֶער פָּסוּק (תְּהִלִים יב, ד): "יַכְרֵת ה' כָּל שִׂפְתֵי חֲלָקוֹת לָשׁוֹן מְדַבֶּרֶת גְדֹלוֹת, אֲשֶר אָמְרוּ לִלְשׁׂנֵנוּ נַגְבִּיר שְׂפָתֵינוּ אִתָּנוּ מִי אָדוֹן לָנוּ" - זֵיי וֶועלְן אִינְגַאנְצְן פַארְשְׁנִיטְן וֶוערְן. אוּן זֵיי וֶועלְן קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן וֶוערְן אוֹיף דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעטוּן, דֶער הֵיילִיגֶער "רְמָ"א" פַּסְקְ'נְט (אוֹרַח חַיִים סִימָן תר"ו) אַז אוֹיבּ מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ דַארְף מֶען יֶענֶעם נִישְׁט מוֹחֵל זַיין. דֶער "מָרְדְכַי" שְׁרַייבְּט אַז אוֹיבּ מֶען לָאזְט אַרוֹיס אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט דָאס קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן - "אֵין לוֹ מְחִילָה עוֹלָמִית" עַיֵין שָׁם.


דאס וואס מוהרא"ש שרייבט איז בכלל נישט שארף, דאס איז וואס דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהילים יב, ד) אז די אלע וואס רעדן שלעכטס אויף צדיקים, זיי פארשפרייטן לשון הרע אויפ'ן צדיק און זענען גורם אז אידישע קינדער זאלן נישט קענען תשובה טון - זאלן נישט האבן קיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; דו שרייבסט אז דו האסט קשיות אויף מוהרא"ש, איך וויל דיר פרעגן, תהלים האסטו אויך אויפגעהערט זאגן? דוד המלך בעט אין תהלים (שם): "יַכְרֵת ה' כָּל שִׂפְתֵי חֲלָקוֹת, לָשׁוֹן מְדַבֶּרֶת גְּדֹלוֹת, אֲשֶׁר אָמְרוּ לִלְשֹׁנֵנוּ נַגְבִּיר שְׂפָתֵינוּ אִתָּנוּ מִי אָדוֹן לָנוּ", דער אייבערשטער זאל פארשניידן אלע בעלי לשון הרע, זיי זאלן נישט האבן קיין חלק לעולם הבא; האסטו אויפגעהערט צו זאגן תהילים?


קוק ווייטער וואס מוהרא"ש שרייבט, פארוואס איז ער זיי נישט מוחל? פארוואס בעט ער דעם אייבערשטן אז ער זאל זיי פארשניידן: "דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אוֹיף מִיר אַרוֹיסְגֶעלָאזְט דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען הָאבְּן מִיט דֶעם גֶעמַאכְט אוּן גוֹרֵם גֶעוֶוען אַז טוֹיזְנְטֶער אִידְן זָאלְן נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן, דִי מֶענְטְשְׁן וָואס הָאבְּן דָאס גֶעטוּן זֶענֶען 'חוֹטְאִים וּמַחְטִיאִים אֶת הָרַבִּים', וָואס נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט, אוּן עֶר וֶועט זִיכֶער נְקָמָה נֶעמֶען פוּן זֵיי".


א צדיק גייט אין לעבן צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן; אים גייט נישט אן אז מען רעדט אויף אים, אים שטערט נישט וואס מען טוט מיט אים, ער איז ביי זיך גארנישט, ער איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ביים לעבן איז ער שוין ביי זיך "שָׁכֵן לֶעָפָר בְּחַיָּיו", אזוי ווי ער ליגט שוין באגראבן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט, ער איז יעדע רגע גרייט צוריק צו גיין צום אייבערשטן, ער וויל איין זאך: 'אלע אידן זאלן זיין באהאפטן צום אייבערשטן'. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר גייט נישט אן וואס מען רערט אויף מיר, עס גייט מיר אן אז מען האלט צוריק מענטשן פון תשובה טון; דאס וואס איך שרייב אנטקעגן די וואס רעדן און מאכן חוזק פון מיר, וואס איז נוגע פאר מיר אליינס גייט מיר נישט אן, נאר די מענטשן זענען גורם אז טויזנטער אידן זאלן נישט תשובה טון".


איך וויל דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען דו זעסט מענטשן ווערן דערטראנקען אין וואסער און עס שטייט איינער און ווארפט זיי אויס שטריקן זיי זאלן זיך קענען ראטעווען, קומען לצים און שניידן אפ די שטריקן און אלע מענטשן אין וואסער ווערן דערטראנקען, וואס וואלסטו געטון מיט די לצים? ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף זיי? ווי אזוי וואלסטו געשריבן אויף זיי? זענען זיי נישט קיין רוצחים? דאס זעלבע איז ווען איינער רעדט לשון הרע אויף ספרים און קונטרסים וואס זענען מחזק צעבראכענע בחורים און מיידלעך וואס דערטרונקען זיך, זיי פאלן אראפ אין זינד, זיי האבן נאך איין האפענונג צוריק צו קומען, דורך די ספרים און קונטרסים און עס קומען מענטשן וואס זאגן: "מען טאר נישט אריינקוקן אין די ספרים און קונטרסים", וואס זענען זיי? ווי אזוי דארף מען קוקן אויף זיי?


מיט דעם אלעם וואס מוהרא"ש האט געליטן אלע יארן פון די וואס רעדן אויף אים, בעט אונז מוהרא"ש מיר זאלן נישט מאכן קיין מחלוקות און מיר זאלן זיך נישט קריגן מיט קיינעם; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט ווייטער (צוואת מוהרא"ש, שם): "מִיט-דֶעם-אַלֶעם בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט נָאר שְׁטִיל שְׁוַוייגְן אוּן נִישְׁט עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי וָואס הָאבְּן מִיר פַארְשֶׁעמְט. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז זִיכֶער גֶערֶעכְט מִיט אַלֶעם וָואס עֶר טוּט, אִיךְ דַארְף תְּשׁוּבָה טוּן, אוּן דָאס טוּ אִיךְ טַאקֶע, יֶעדְן טָאג טוּ אִיךְ נָאכְאַמָאל תְּשׁוּבָה, וַוייל נִישְׁט אוּמְזִיסְט רוֹדְפְ'ט מֶען מִיר.


וָואס טוּ אִיךְ דֶען? אִיךְ בִּין נָאר מְגַלֶה דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אוֹיף אַזַא וֶועג אַז אֲפִילוּ דֶער שְׁוַואכְסְטֶער אוּן נִידֶערִיגְסְטֶער מֶענְטְשׁ זָאל אוֹיךְ קֶענֶען שְׁפִּירְן דִי לִיכְטִיגְקַייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דֶערִיבֶּער אִיז דִי מִדַת הַדִין מְקַטְרֵג אוֹיף מִיר, אוּן דִי מִדַת הַדִין גֵייט אַרַיין אִין דִי רְשָׁעִים וֶועלְכֶע טְשֶׁעפֶּענֶען מִיר אוּן קְרִיגְן אוֹיף מִיר, אוּן אִיךְ דַארְף נָאר טוּן תְּשׁוּבָה שְׁלֵימָה. וַוייל אוֹיף צוּ קֶענֶען מְגַלֶה זַיין דִי לִיכְטִיגְקַייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אַזַא גֶעוַואלְדִיגֶע פַארְנֶעם, דַארְף מֶען הָאבְּן אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע זְכִיָה פוּן הִימְל.


אָבֶּער פוּן אַייךְ בֶּעט אִיךְ אַז אִיר זָאל נָאר אָפְּשְׁוַוייגְן, אִיר זָאלְט גָארְנִישְׁט צוּרִיק עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי אַלֶע וָואס רֶעדְן קֶעגְן מִיר, זֵיי וֶועט שׁוֹין דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בַּאשְׁטְרָאפְן, וַוייל וֶוער עֶס רֶעדְט אוֹיף מִיר וֶועט שׁוֹין כַאפְּן זַיינְס, פְרִיעֶר אָדֶער שְׁפֶּעטֶער".


אז דו האסט קשיות אויף צדיקים זאלסטו טון וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א) מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פאר'ן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


הלואי זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען יעדן טאג די צוואה פון מוהרא"ש, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. בפרט אות ט וואו מוהרא"ש שרייבט: "זִכְרוּ הֵיטֵיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט גוט אריין אין אייער קאפ אז איר האט קיינעם נישט אויף די וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען צו קיינעם ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט, דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


איך האף אז דו וועסט אפלאזן דיינע נארישע חכמה'לעך, דו וועסט צוריק אנהויבן לערנען פלייסיג דעם דרך הלימוד, וועסטו זוכה זיין צו לערנען כל התורה כולה. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אויף אלע אידן.

#871 - וואס טוט מען ווען ס'איז שווער צו טון די סגולות פאר א שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, סגולות, תפלות אויף אידיש, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין א בחור, און איך וויל זייער שטארק שוין חתונה האבן, איך האב פרובירט צו זאגן 40 טעג מסכת תענית, אבער ווען איך הויב אן צו זאגן, נאך א האלבע שעה ווער איך זייער אנגעשטרענגט, מיין קאפ און מיינע אויגן הויבן אן וויי צו טון, און איך קען נישט ווייטער זאגן.


און די זעלבע איז מיט'ן אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, איז מיר זייער שווער צו זאגן אזוי לאנג אויף איין מאל.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן אנדערע סגולה וואס אויך איך זאל קענען טון אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און חתונה האבן בקרוב מיט מיין ריכטיגע זיווג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט זייער שטארק חתונה האבן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר זייער שווער צו זיין איינער אליין, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין זיווג"; די תפילה זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל פאר'ן אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב ממש.


זע צו לערנען וויפיל דו קענסט; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; לערן אביסל חומש יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער. קוק נישט אויף אנדערע, זיי שטארק מיט דיין וועג, מיט דיין סדר; וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


בנוגע וואס מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר בחורים צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית, דאס איז פאר דער וואס קען; בחורים וואס קענען עברי, זיי האבן געזונטע אויגן וכו' וכו', זיי האט מוהרא"ש געמיינט זיי זאלן ענדיגן די מסכתא יעדן טעג פאר פערציג טעג. אבער אז איינער קען נישט אזוי גוט עברי, ער קען נישט לערנען אזויפיל, דער זאל לערנען אויף זיין וועג וויפיל ער קען לערנען.


אז עס איז דיר שווער צו זאגן א גאנצע מסכתא, די אויגן טוט דיר וויי און די עברי נעמט דיר לאנג וכו', זאלסטו לערנען אויף דיין וועג; זאלסט לערנען וויפיל דו קענסט, דאס וועט זיין דיין סגולה א חתן צו ווערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


צעקלאפ זיך נישט אז דו קענסט נישט טון וואס אנדערע טוען; נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שה): "מען האט גאר ניט צו טאהן", אזוי ווי די הייליגע חז"ל זאגן (מנחות צט.): "תָּנָא דְבֵי רֶבִּי יִשְׁמָעֵאל, דִּבְרֵי תוֹרָה לֹא יְהוּ עָלֶיךָ חוֹבָה, וְאִי אַתָּה רַשַּׁאי לִפְטוֹר עַצְמְךָ מֵהֶם"; דאס איז א וויכטיגע כלל אין לעבן, מען זאל נישט נעמען קיין אנגעצויגנקייט פון קיין שום זאך אויף די וועלט, גארנישט מוז זיין אזוי און אזוי, ווייל זייער אסאך מאל ווען א מענטש באקומט פרעשור (דרוק) אז ער דארף לערנען אסאך דעמאלט לערנט ער גארנישט, אויב וואלט ער נישט גענומען קיין פרעשור נאר ער וואלט געלערנט אביסל, וואלט ער ביים סוף אנגעקומען צו לערנען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך און וואס שנעלער חתונה האבן.

#870 - פארוואס זאל מען נישט גיין אויף טערעפי?
רפואה, טערעפי, בריוו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן איבער די געוואלדיגע שיעורים און חיזוק, מיט וואס איר זענט מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער יעדן טאג, ווי אויך די געוואלדיגע בריוו וואס איר ענטפערט פאר יעדן מיט אזא שכל הישר און א קלארקייט, ממש הפלא ופלא. איך ליין כסדר די בריוו און איך נעם דערפון אסאך חיזוק, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב פרעגן איין זאך וואס איז מיר זייער אינטערעסאנט. חז"ל זאגן אויפ'ן פסוק "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" (שמות כא, יט) אז "מכאן שנתנה רשות לרופא לרפאות", דאס מיינט אז מ'קען און מ'דארף גיין צו א דאקטער ווען ס'פעלט אויס. און אזוי ווי ווען א מענטש האט א מחלה לא עלינו אין זיין גוף פארשטייט מען אז מ'דארף גיין צו א דאקטער, די זעלבע וואלט געדארפט זיין ווען א מענטש ליידט נעבעך אויף זיין נפש, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין ווייב, מיט זיינע קינדער, מיט אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער. צי ער האט א פראבלעם מיט כעס אדער אנדערע שלעכטע מדות, אדער איינער וואס האט פראבלעמען מיט פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, וואלט ער אויך געדארפט גיין צו א נפשיות'דיגער דאקטער אים צו היילן.


דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס איר שרייבט אלץ אויף די אלע זאכן אז די איינציגסטע עצה צו דעם איז נאר תפלה. איך פארשטיי  אז אפילו ווען מ'גייט זיך יא היילן דארף מען אוודאי האבן אויך תפלה צו דעם, אזוי ווי ביי א געווענליכע מחלה וואס מ'קען זיך נישט פארלאזן בלויז אויפ'ן דאקטער, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א רפואה שלימה, אבער פארוואס שרייבט דער ראש ישיבה אז נאר תפלה איז די איינציגסטע זאך צו טון?


איך האף איר וועט מיר קענען אויסקלארן די זאך, און דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט מיט די הרבצת התורה, מיט פיל נחת און הרחבת הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן; איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און מיר מזכה געווען איבערצוגעבן ווייטער פאר בני הנעורים די עצות פון רבי'ן. בפרט די לעצטע פאר יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע איז נסתלק געווארן האבן בחורים און אינגעלייט אנגעהויבן שרייבן בריוו וואו זיי דערציילן זייער ווייטאג, זייערע נסיונות און איבערגייעכצער וואס גייט אריבער אויף זיי, האט דער אייבערשטער מיר מזכה געווען צו שרייבן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


אלע בריוו, אלע עצות און חיזוק דאס איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל"; דאס ענטהאלט שכל פאר'ן לעבן, עצות פאר'ן לעבן, חיזוק פאר'ן לעבן, ווערטער פון הייליגן רבי'ן. ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת באקומט מען א קלארע שכל און א לויטערע אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ן צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


בנוגע דיין פראגע וואס איז שלעכט מיט'ן גיין צו מענטשן זיך אויסהיילן דעם נפש וכו', וכו'; וויסן זאלסטו אז רוב טערעפיסטן זענען גרויסע פארברעכערס, זיי קענען נישט העלפן און זיי ווילן נישט העלפן, זיי זוכן נאר אויסצומעלקן אידישע קינדער וכו' וכו'. ליידער זענען דא זייער אסאך וואס ליידן פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות וכו', וכו', וואס דאס קען מען נישט היילן נאר דורך אמונה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


פרעג זיך נאך ביי מענטשן וואס זענען מיד געווארן פון ארום לויפן צו טערעפיסטן און ביים סוף זענען זיי אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן, זיי האבן אנגעהויבן לעבן מיט אמונה, זיי לעבן מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די אייגענע שפראך, זיי וועלן דיר זאגן וואס יתרו האט געזאגט (שמות יח, א): "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא יתרו א, יב) יתרו האט געדינט אלע עבודה זרה'ס, ער האט נישט אויסגעלאזט קיין איינס און ער האט געזען אז אלעס איז נארישקייטן, ער איז געקומען צו משה רבינו און געזאגט: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; אזוי אויך יעצט, ווען די מענטשן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצה, זיי מאכן 'התבודדות', זאגן זיי: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", מיר ווייסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן דעם מענטש.


עס איז נישט דא קיין שום וועג ארויסצוגיין פון פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, עס איז נישט דא קיין וועג צו אויפבויען 'סעלף קאנפידענס', נאר דורך 'אמונה'; נאר דער רבי קען אויסהיילן דעם מענטש מיט זיינע וואונדערליכע עצות, אזוי ווי דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "אין איך הייל זי"; דער רבי האט אזויפיל חיזוק און גרינגע עצות ווי אזוי א מענטש קען ארויס קריכן פון זיינע שלעכטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, וועלן מיר זיין געזונט בגוף ובנפש.

#869 - ווי אזוי ווערט מיין ווייב פטור פון א מנוול?
צניעות, קדושה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב האט ברוך ה' א גוטע פאסטן, זי ארבעט אויפ'ן טעלעפאן אויפצוהויבן און ארויסהעלפן מענטשן אויפ'ן טעלעפאן פאר א פירמע, און זי איז ברוך ה' זייער צופרידן פון איר ארבעט.


היינט האט זי אויפגעהויבן א טעלעפאן פאר איינעם, און יענער איז געווען א מנוול וואס האט אנגעהויבן רעדן נישט איידל צו איר, און איר געזאגט זי זאל אפשרייבן זיין טעלעפאן נומער, און נאך אזעלכע זאכן. מיין ווייב איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם, זי ווייסט נישט ווער דער מענטש איז און זי ווייסט נישט וואס צו טון.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א איר שרייבן חיזוק און עצות ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל ווייטער ארבעטן, זי זאל זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם; פון היינט און ווייטער אויב איינער רעדט מיט איר איין ווארט מער פון וואס עס איז נוגע פאר די ארבעט זאל זי אראפלייגן דעם טעלעפאן און מער נישט רעדן מיט יענעם, און ווייטער רעדן מיט אנדערע וואס רופן וועגן די ארבעט.


ליידער זענען דא אסאך מנוולים וואס זוכן צו מאכן קשרים מיט פרעמדע פרויען, דער עיקר וועג ווי אזוי זיי זענען ליידער מצליח איז דורך ווארפן א פחד און מורא; זיי ווארענען אז אויב מען וועט דערציילן וועלן זיי הרג'נען וכו', ביז דער קרבן פאלט אריין אין א קטנות הדעת און מען פאלט אראפ.


דעריבער דארף מען אויסלערנען קינד און קייט אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם נאר פונעם אייבערשטן; ווי מער מען נעמט אריין אמונה אין זיך אלץ מער פאלט אוועק די קליפות און עבירות. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט: "א סגולה אנטקעגן רשעים - שלא לפחוד, נישט מורא האבן".


ווען מען לעבט מיט אמונה אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער נעמט מיר ארום און היט מיר - ווערט מען נישט דערשראקן פון קיינעם; די מנוולים שפירן דאס, זיי ווייסן אויך צו וועם זיי זאלן צוגיין, זיי ווערן בטל ומבוטל פאר דעם וואס לעבט מיט אמונה.


זאג דיין ווייב זי זאל צוריק גיין צו די ארבעט און נישט מורא האבן פון קיינעם; אויב איינער הויבט אן רעדן מיט איר איבעריגע ווערטער וואס איז נישט נוגע צום ארבעט זאל זי גלייך אראפלייגן דעם טעלעפאן און פטור אן עסק.


א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט אלע קינדער פון קליינווייז אן; סיי מיט די אינגלעך און סיי מיט מיידלעך, אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און נישט פון קיין שום מלאך נאר פונעם אייבערשטן אליינס. דעמאלט וואלט מען זיך געקענט איינשפארן אסאך עגמת נפש, ווייל די גאנצע וועג ווי אזוי די מנוולים זענען מצליח צו טון עבירות מיט אנדערע, איז נאר דורך ווארפן א פחד, צונעמען די מח פונעם מענטש השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#868 - זאלן מיר צעטיילן די קינדער אויף שבת צו קענען גיין צו א שמחה?
שמחות, שבת קודש, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א גרויסע משפחה קע"ה, און ווען מיינע געשוויסטער מאכן א שבת שבע ברכות וויל זיי אז ידער זאל קומען, אבער נאר די פארפאלק. דאס מיינט אז כדי צו גיין צו די שמחה דארף מען צעטיילן די קינדער אויף שבת.


מיין מאן האלט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך, און ער איז נישט מסכים צו דעם. אמאל קען איך אים איבעררעדן יא צו גיין און אמאל נישט. און פארשטייט זיך אז ווען מיר גייען נישט, בארעדט מען מיר ביי משפחה.


ביי יעדע שמחה האב איך פראבלעמען אין שלום בית, און אויך ביי מיין משפחה, און איך ווייס נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, און אזוי וועלן מיר טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט; עס איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך צו צעטיילן די קינדער און אוועק פארן אויף שבתים. קינדער דארפן שבת זייער אייגענע טאטע מאמע, זיי דארפן שבת'דיגע סעודות מיט זייערע אייגענע עלטערן. א גאנצע וואך ווארטן די קינדער אויף שבת, זיי ווארטן צו זיצן מיט זייערע עלטערן, דעמאלט איז די צייט וואס טאטע מאמע פלאנצן איין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צום הייליגן שבת.


עס איז נישט גערעכט פון די וואס לאדענען אויף א שמחה צו קומען עסן שבת'דיגע סעודות און מען נעמט זיך אויס: "קינדער קענען נישט קומען"; אז מען קען נישט קומען מיט קינדער איז בעסער צו בלייבן אין שטוב מאכן די סעודות מיט די קינדער און נאך די סעודה זאל מען גיין וואונטשן מזל טוב, און אז די שמחה איז אין אן אנדערע שטאט בלייבט מען אין שטוב.


שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא, דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווען מען עסט דריי סעודות שבת זעט מען אז דער מענטש איז א קינד פונעם אייבערשטן, דער האט אמונה, נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הַאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; זעט מען אז דעמאלט איז א צייט פון איינפלאנצן אמונה אין די קינדער.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז דא פאלן וואס מען האט נישט קיין ברירה מען דארף יא צעטיילן די קינדער, אבער דאס דארף מען וויסן אז עס איז נישט קיין לכתחילה, און אז מען קען זיך ארויסדרייען איז זיכער געזונטער צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#867 - ווי אזוי בארואיגט מען די קינדער ווען ס'פליען ראקעטן?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע זיסע געשמאקע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך וואוין אין דרום ארץ ישראל, וואו עס פליען אסאך מאל אריין ראקעטן פון די אראבער, און מ'דארף לויפן זיך באשיצן. די קינדער ווערן זייער דערשראקן פאר דעם, זיי הויבן אן פרעגן קשיות פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס פאר אונז, און דאס גלייכן. ווי אזוי איז מען מחזק די קינדער? ווי אזוי בארואיגט מען זיי? און ווי אזוי ברענגט מען אריין אין זיי א קלארע אמונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס פליען ראקעטן פון די אראבער דעמאלט איז שוין אביסל שפעט צו בארואיגן קינדער וכו'; די ריכטיגע וועג אריין צו ברענגען אמונה אין זיך און אין די שטוב, איז דורך רעדן כסדר פון אמונה. נאך בעפאר עס פליען די ראקעטן וכו', ווען עס איז אלעס גוט, און אלעס איז אין בעסטן ארדענונג - דעמאלט דארף מען איינפלאנצן אמונה, נאכדעם ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן השם ישמרינו האט מען כח זיך צו דערהאלטן.


מען דארף אסאך רעדן פון אמונה ביז מען איז זוכה צו האבן אמונה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט, מיט מיין מויל דערצייל איך פונעם אייבערשטן; אז מען רעדט פון אמונה איז דאס אליינס אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה. מען דארף שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן, ווען מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט דיר: "וועסט קומען היינט נאכט?" ענטפער נישט: "יא", נאר ענטפער: "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפער נישט: "גוט", ענטפער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאס גייט אריין צוביסליך אין זיך, אין די ווייב און אין די קינדער, אזוי פאלט אוועק אלע פחדים און אלע שרעק.


רעד צו דיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג און קליינטשיג אסאך דיבורי אמונה, דורכדעם וועלן זיי נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט. ווארט נישט זיי זאלן עלטער ווערן; מענטשן מיינען אז קליינע קינדער פארשטייען נישט, מען מיינט אז חינוך הייבט זיך אן מיט גרעסערע קינדער, מען שפירט נאריש צו רעדן צו קליינע קינדער פון אמונה וכו'; עס איז אבער נישט אזוי, אזוי ווי מיר ווייסן די מעשה אז רבי נתן האט אמאל געכאפט א לאנגע שמועס מיט א קינד, האט מען געפרעגט רבי נתן פארוואס ער פארברענגט צייט מיט א קינד, האט זיך רבי נתן צופלאמט און געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א קינד, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן און אט פירט מען שוין צו די קבורה"; ווי איינער זאגט, 'וואס זאגסטו ער איז א קינד, א שאד צו פארברענגען צייט מיט אים, מען געבט זיך א דריי און מען איז שוין אן אלטער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צז:): "מַטְבֵּעַ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ - זָקֵן וּזְקֵנָה מִצַּד אֶחָד, וּבָחוּר וּבְתוּלָה מִצַּד אַחֵר", אברהם אבינו האט געהאט א מטבע וואס פון איין זייט איז געווען א בילד פון א אינגל מיט א מיידל און פון די אנדערע זייט איז געווען א בילד פון אן אלטער איד מיט א אלטע אידענע; מוהרא"ש זאגט אז אברהם אבינו האט געלעבט מיט די מחשבה: 'אט איז מען א בחור און אט איז מען שוין אן אלטער איד, אט איז מען א מיידל און אט איז מען אן אלטע אידענע'.


אז מען וויל פועל'ן ביי קינדער דארף מען רעדן צו זיי ווען זיי זענען נאך יונג, דעמאלט איז א צייט וואס זיי זענען נאך ריין, דעמאלט ווערט אריין געקריצט די אמונה אין זיי, שפעטער ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן קומט ארויס זייער אמונה און זיי האבן נישט מורא פון קיין שום זאך.


דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו יז, ז-ח): "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה' וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן וועט אים דער אייבערשטער נישט פארלאזן, "וְהָיָה כְּעֵץ שָׁתוּל עַל מַיִם", דער איז גלייך צו א בוים וואס איז איינגעפלאנצט נעבן וואסער, "וְעַל יוּבַל יְשַׁלַּח שָׁרָשָׁיו", ער איז ווי א בוים וואס די ווארצלען זענען איינגעטינקען אין וואסער "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבֹא חֹם", עס וועט אים נישט שאטן קיין הייסע טעג, "וְהָיָה עָלֵהוּ רַעֲנָן", די בלעטער האלטן זיך שטענדיג פריש, "וּבִשְׁנַת בַּצֹּרֶת לֹא יִדְאָג", ווען עס איז דא א טריקעניש וועט ער נישט זארגן, "וְלֹא יָמִישׁ מֵעֲשׂוֹת פֶּרִי", ער וועט שטענדיג ארויסגעבן פיינע פרוכט, אזוי איז דער וואס לעבט מיט אמונה און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, גארנישט וועט אים נישט דערשרעקן.


וואויל איז דעם וואס רעדט פון אמונה און פלאנצט דאס איין אין זיינע קינדער, וועט ער זען שיינע ליכטיגע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#866 - זאל איך צוריק אין ישיבה נאכדעם וואס זיי האבן מיר ארויסגעווארפן?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, סדר היום, חסד, ביקור חולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון כמעט 19 יאר, און מיין ישיבה האט מיר ארויסגעווארפן ווייל איך בין געגאנגען באזוכן א חולה אין שפיטאל, און זיי לאזן מיר נישט צוריק קומען נאר אויב איך ברענג פינף הונדערט דאלער.


איך ווייס נישט וואס צו טון, קודם איז מיר זייער שווער צו געבן דאס געלט, און בכלל לערן איך שוין אין די ישיבה שוין קרוב צו צוויי און האלב יאר, און איך בין גארנישט געשטיגן דארט, נאר געפאלן אין יראת שמים, און יעדע פאר וואכן מאכט מען מיר דארט משוגע מיט אנדערע זאכן, אויסער דעם וואס איך בין זייער צעבראכן סתם אזוי פון ווארטן אויף מיין שידוך וואס קיינער פארשטייט מיר נישט. ווען איך וואלט שוין געווען יעצט א אינגערמאן וואלט איך שוין געקענט האבן א (כשר'ע) טעלעפאן וכדומה, און איך וואלט קיינעם נישט געדארפט געבן דין וחשבון.


מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריקגיין און באצאלן, און זיך ווייטער ארומשפילן מיט זיי ווי אין נורסערי, אדער זאל איך ענדערש גיין אין כולל זיך זעצן לערנען מיט א חברותא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט איבער דיינע מגידי שיעורים און מנהלים; נעם זיך פאר צו האלטן די זמנים וואס מען פארלאנגט אין ישיבה, וועט מען דיר צוריק נעמען. מען קען נישט אנטלויפן אינמיטן סדר; אז מען איז איינגעשריבן אין א מסגרת, אין א כולל אדער ישיבה, קען מען נישט קומען און גיין ווען מען וויל און וואו מען וויל, מען דארף האלטן די סדרים, נאר אזוי קען מצליח זיין.


פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די יארן מיט התמדת התורה? יעצט איז א צייט וואס דו קענסט לערנען אן קיין שטערונג; אמת טאקע, עס איז זייער שווער פאר א בחור, דו האלסט נישט אויס, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט יעדע רגע, עס איז זייער שווער, אבער פון די אנדערע זייט קענסטו יעצט לערנען מיט גרויס התמדה אן קיין שטערונגען. אז דו וועסט זיך מסדר זיין מיט א גוטע סדר און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט וואס מען לערענט זאל מען ווייטער לערנען, נישט בלייבן שטיין וכו' - קענסטו ביז א קורצע צייט לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום, מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך; דער הייליגער מחבר פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו מאכן א שיעור אין משנה – הויב אן לערנען מסכת ברכות א פרק נאך א פרק, ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות הויב אן מסכת פאה נאכדעם מסכת דמאי און אזוי ווייטער; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, דו לערן ווייטער אפילו אן פארשטיין, מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן דיין קאפ וועט זיך עפענען און דו וועסט אנהויבן פארשטיין.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך משניות וואלטן אלע געלערנט משניות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, און ווען ער האט געזאגט משניות פלעגט זיך דער מגיד באווייזן צו אים, אזוי ווי דער בית יוסף ברענגט (ספר מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין לימוד גמרא, חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; זאגן אויף דעם צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" – וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא", איז א לשון פון: "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט; דו זאג נאר די ווערטער פון די הייליגע גמרא. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


זוך זיך נישט קיין מצוות אין די צייט וואס מען לערנט אין ישיבה, דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו זאגט (זרע קודש, פרשת שופטים) ווען דער יצר הרע זעט א מענטש לערנען וויל ער אים שטערן, דער יצר הרע ציטערט פון זיין לערנען ווייל דורך תורה ווערט דער יצר הרע בטל ומבוטל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם אֶבֶן הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי שטיין, "נִמּוֹחַ", ווערט ער צעגאנגען דורך תורה, "וְאִם בַּרְזֶל הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי אייזן, "מִתְפּוֹצֵץ", דורך תורה ווערט דער יצר הרע צעברעקלט, דעריבער וויל דער יצר הרע שטערן דעם מענטש ער זאל נישט נישט לערנען, זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע: "לָכֵן מַזְמִין לוֹ אֵיזֶה מִצְוָה", דעריבער ברענגט דער יצר הרע פאר'ן מענטש מצוות, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יְקַּרֵר אֶת עַצְמוֹ מֵהִתְלַהֲבוּת וְלֹא יָבוֹא לַעֲשׂוֹת דָבָר גָדוֹל יוֹתֵר טוֹב", דורך די מצוה קילט ער אפ דעם מענטש פון לערנען, "כִּי יִסְבֹּר שֶׁכְּבָר הוּא טוֹב בְּהַמִּצְוָה הַזֹּאת", דער מענטש טראכט 'איך דארף שוין נישט לערנען ווייל איך טו דאך אנדערע מצוות', עיין שם. דער מענטש כאפט נישט אז דאס אלעס איז מעשה בעל דבר, אבי אים צו שטערן ער זאל נישט לערנען.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט זיך איבער מיט דיינע מגידי שיעורים; דו קענסט זיי ווייזן דעם בריוו זיי זאלן זען אז דו מיינסט עס טאקע ערנסט, אז דו גייסט פון היינט און ווייטער מיט האלטן די סדרים אין ישיבה און זיך פירן מיט דרך ארץ. אז דו ווילסט טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל - זאלסטו דאס טון נאכן סדר הישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#865 - מיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן דורכ'ן הערן די שיעורים
צדיקים, הפצה, דרשות, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פשוט זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס האט מיר מקרב געווען צום אייבערשטן, ס'האט מיר געגעבן א נייעם לעבן, און מיר געהאלפן מיט אזויפיל זאכן.


שוין איבער א חודש וואס איך האב אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג, דאס איז געקומען נאכ'ן הערן א שיעור וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט, "אז דו קענסט נאכנישט גיין אין מקוה, כאטש בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און איך האב טאקע דעמאלט אנגעהויבן מתפלל זיין אויף דעם, און למעשה האב איך טאקע אנגעהויבן גיין אין מקוה טעגליך.


אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך האב זיך געמאכט א שיעור מיט א חברותא אז מיר זאגן צוזאמען יעדן טאג א בלאט גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און אזוי ווייטער איז מיין גאנצע לעבן געטוישט געווארן צום גוטן אין יעדן אספעקט, סיי אינדערהיים און סיי ביי די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל האבן אסאך כח ווייטער צו מחזק זיין אידישע קינדער, און זען פיל אידיש נחת פון די קינדער און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט א נייע לעבן זייט דו ביסט זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער; האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה, האסט זיך גענומען לערנען, דיין צוגאנג אין שטוב צו דיין ווייב, ביי די ארבעט און אלעס - איז מיט דרך ארץ וכו', וכו'; עס איז ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכע איד".


אז מען לעבט מיט א צדיק איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען נעמט עבודת השם מיט שמחה. חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לג:): אויפ'ן פסוק (דברים י, יב): "וְעַתָּה יִשְׂרָאֵל מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ, כִּי אִם לְיִרְאָה אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְאַהֲבָה אֹתוֹ, וְלַעֲבֹד אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ", - משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל: "וואס בעט שוין דער אייבערשטער פון אייך, נאר צו האבן יראת שמים", פרעגן די הייליגע חכמים: "איז דען יראת שמים עפעס א קלייניגקייט, אז דו זאגסט: 'וואס בעט שוין דער אייבערשטער, נאר צו האבן יראת שמים?!'" ענטפערט די גמרא: "אִין, לְגַבֵּי מֹשֶה מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", פאר משה רבינו איז יראת שמים א קלייניגקייט; פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (עיין דגל מחנה אפרים פרשת תצוה, בתחילת הפרשה): משה רבינו רעדט דאך צו אידישע קינדער, איז דאך ווייטער שווער, איז דען יראת שמים א קלייניגקייט? ענטפערט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, "לְגַבֵּי מֹשֶה", אז מען גייט צו א צדיק, מען איז דבוק אין משה רבינו, "מִילְתָא זוּטְרְתָא הִיא", דעמאלט איז יראת שמים א קלייניגקייט, ווייל דער צדיק ברענגט צו זיינע מענטשן צו זיין מדריגה אויף א גרינגע וועג, ווען מען איז מקורב צום צדיק הערט זיך די מצוות אנדערש ווי דער וואס האט נישט קיין צדיק.


יעצט דארפסטו האבן הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן; אז דו האסט באקומען לעבן דארפסטו דאס פארגינען אויך פאר אנדערע, פארשפרייט די עצות פאר נאך מענטשן, פארוואס זאלן נישט אנדערע וויסן פון די גוטע מעדעצינען זיך צו היילן פון אלע שוועריקייטן.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז אויפ'ן הייליגן אמורא רב הונא (תענית כ:): "כִּי הַוָה לֵיהּ מִילְּתָא דְּאָסוּתָא", ווען ער האט געפונען א גוטע מעדעצין, "הֲוֵי מָלֵי כּוּזָא דְּמַיָּא וְתָלֵּי לֵיהּ בְּסִיפָּא דְּבֵיתָא" האט ער גענומען א גרויסע פאס פונעם מעדעצין און ארויסגעלייגט אינדרויסן פון זיין שטוב, "וְאָמַר כָּל דְּבָעֵי לֵיתֵי וְלִישְׁקוֹל", ער האט געזאגט: 'ווער עס דארף פון די מעדעצין קען קומען און נעמען'.


נאך א גוטע מנהג האט רב הונא געהאט, ער האט געוואוסט די כוחות פון די נישט גוטע (שדים), ער האט געוואוסט אז זיי קענען נישט מזיק זיין א מענטש ווען ער וואשט זיך נטילת ידים. עס איז נישט געווען קיין וואסער, "וַהֲוָה מַנַּח כּוּזָא דְּמַיָּא וְדָלֵי לֵיהּ", האט ער גענומען א פאס וואסער און דאס ארויסגעלייגט אינדרויסן פון שטוב, "וְאָמַר כָּל דִּצְרִי לֵיתֵי וְלֵיעוֹל דְּלֹא לִסְתַּכֵּן", ער האט יעדן איינעם אנגעזאגט מען זאל נעמען פון די וואסער זיך צו וואשן נטילת ידים איידער מען עסט כדי מען זאל נישט געשעדיגט ווערן פון זיי.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א צדיק, ווען ער טרעפט א גוטע מעדעצין געבט ער דאס פאר אלעמען, און ווען ער ווייסט ווי אזוי מען קען זיך אכטונג געבן פון נישט גוטע (שדים) איז ער דאס מודיע פאר אנדערע און ער העלפט אנדערע. דאס דארפן מיר טון, אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע עצות; דארפן מיר דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.


מיר דארפן טון דעם ווילן פון רבי'ן; רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס טוט פאר אנדערע אידן, ער פארשפרייט די עצות פון רבי'ן פאר אנדערע.

#864 - איך האב זיך שוין גע'גט, ווי אזוי טרעפט מען א גוטע שידוך?
שידוכים, יבנאל, שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריקייטן אין לעבן, איך האב חתונה געהאט מיט א מאן וואס האט מיר צוביסלעך אפגעטיילט פון יעדן איינעם, פון מיינע עלטערן, פון מיינע געשוויסטער, און פון מיינע חבר'טעס, ביז איך האב געמוזט זיין אנגעהאנגען נאר אין אים, און דאן האט מיר אנגעהויבן זייער צו פייניגן און רודפ'ן, מיר נישט געלאזט קויפן קיין קליידער און קיין שום זאך, און פיל מאל בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון הויז.


איינמאל האט ער גערופן די פאליציי אויף מיר אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, די פאליציי האט גערעדט מיט מיר און געזען אז איך בין אין ארדענונג, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געקומען מיר ארעסטירן, נאר זיי האבן געזען אז אלעס איז אקעי, און האבן מיר אפגעלאזט. דאס איז נאר איינע פון די פילע דוגמאות וויפיל איך האב געליטן פון אים.


למעשה האב איך זיך געמוטשעט זייער שטארק, איך האב אייך דעמאלט געשיקט א בריוו צו בעטן חיזוק, איר האט מיר מחזק געווען און געזאגט איך זאל אייך מבשר זיין גוטע בשורות פון מיין מאן און קינדער, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין קינדער, און יענעם טאג וואס איך האב צוריק באקומען אייער ענטפער איז מיין מאן אנטלאפן פון שטוב, און זעט אויס אז דאס איז געווען די גוטע בשורה, איך האב זיך זייער געמוטשעט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט מסכים געווען מיר צו שיקן א גט.


זייט מיר האבן זיך גע'גט, האב איך אנגעהויבן צו ווערן צוריק א פרייליכער מענטש, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין מיין לעבן מיט אים, ער האט מיר ארויסגענומען די גאנצע סיפוק אין לעבן. יעצט האב איך געזען אז איך קען זיך ב"ה נאך בעסער אן עצה געבן ווי מיט אים, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן צו האבן אויף צום לעבן, איך קען זיך נישט אנלייגן אויף מיינע עלטערן.


איך וויל זייער טרעפן א גוטע וואוילע און ערליכע שידוך, און צוריק אנהויבן א נארמאלע לעבן, איך דארף חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן אין לעבן, און איך דארף תפלות צו טרעפן ווי שנעלער מיין ריכטיגער שידוך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט פטור געווארן פון דעם מסוכן'דיגער מענטש וואס האט אייך געפייניגט מיט שרעקליכע פייניגונגען; א נס אז ער האט אייך געגעבן א גט, יעצט קענט איר זיך ערהוילן, זיך שטארקן און זיין גרייט צו טרעפן אייער זיווג און אויפבויען א בית נאמן בישראל.


די גרעסטע חיזוק פאר אייך, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער היט אייך פון שלעכטס, איר זענט פטור געווארן פון דעם אדם מסוכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיב:): "אֵין אָדָם דָּר עִם נָחָשׁ בִּכְפִיפָה אַחַת", א מענטש קען נישט וואוינען מיט א שלאנג אין איין לאך; דאס איז א משל פאר מאן און ווייב, אויב איינער איז א שלאנג, ער פייניגט דעם צווייטן רחמנא לצלן קען מען נישט זיין אינאיינעם אין איין שטוב; זעט איר דאך קלאר די חסדים פונעם אייבערשטן, ער האט אייך געראטעוועט פון ערגערע צרות.


כאפט אייך אריבער קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש, איר זאלט דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים; איידער איר הייבט אן תהילים זאלט איר זאגן: "איך גיי יעצט זאגן ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן תהילים פאר זיין זכות וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים ברענגען זיין שידוך".


מוהרא"ש האט צוגעזאגט און אונז געלאזט צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#863 - ווי אזוי קען איך באקומען א געשמאק אין לערנען?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ברוך ה' יעדע וואך אויף "קול ברסלב" די שיעור פאר אינגעלייט פון דאנערשטאג נאכט, און דאס איז מיר זייער מחזק אין אלע ענינים.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך פון לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, האב איך באשלאסן אז איך וועל דאס אויספרובירן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן צו לערנען, איך האב שוין געזאגט א גרויס חלק פון משניות, און איך האף בעזר ה' צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה.


ס'איז אבער דא איין זאך וואס שטערט מיר, איך לערן געווענליך די משניות און מיינע ליידיגע צייטן, אדער ווען איך האב נישט קיין געדולד, אבער יעדעס מאל נאכ'ן לערנען שפיר איך אז דאס ברענגט מיר נישט קיין סיפוק.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן מיט דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך ווייטער בלימוד התורה; קוק נישט אויף דעם צי דו האסט הנאה פונעם לערנען אדער נישט. זוכה זיין צו שפירן א טעם גייט נישט אין איין מינוט, עס נעמט צייט ביז מען איז זוכה צו שפירן דאס זיסקייט פון די תורה, אבער אז מען לערנט תורה יעדן טאג איז מען זוכה דערצו.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); עס וועט נישט נעמען לאנג, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט און דו וועסט זען וואס וועט געשען צו דיר, דו וועסט זיך שפירן ווי אין גן עדן, ווייל ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן דארף ער שוין גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן און ער לעבט א פרייליכע לעבן. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; וואויל איז דעם וואס ווען ער האט אפאר מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער דרך הלימוד פון רבי'ן איז א וואונדערליכע וועג פאר יעדן איינעם צו לערנען און אנקומען צו די גאנצע תורה, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אויף דעם אסאך ליצנות, מען רעדט איין מענטשן אז דאס הייסט נישט קיין לערנען, דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, מען זאל נישט אנקומען אויף יענע וועלט מיט ליידיגע הענט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אין ברסלב און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד און מען לערנט נישט קיין תורה; נישט קיין חומש רש"י יעדן טאג, נישט קיין משניות, נישט קיין גמרא וכו', וכו'; מען נארט זיך אליינס אפ.


מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#862 - זאל איך זיך אנהויבן שערן די האר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זייער הנאה צו הערן די שיעורים, עס איז אונז זייער מחזק, ס'געבט אונז כח און שמחה, יעדעס ווארט איז ממש א בריליאנט, יישר כח


איך בין א פרוי, און דערווייל שער איך זיך נישט מיין האר. מיין טייערער מאן קומט פון א משפחה וואס אלע שערן זיך אפ, און גלייך נאך די חתונה האט מיין מאן מיר געבעטן זיך אפצושערן, איך האב עס געטון אין אנהויב נישט מיט'ן גאנצן הארץ, ס'איז מיר געווען זייער שווער, און א שטיק צייט שפעטער האב איך אויפגעהערט זיך שערן.


ס'איז שוין אריבער אסאך יארן זייט דעמאלט, און יעצט האב איך אנגעהויבן באקומען א רצון יא זיך אפצושערן, ובפרט ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז מחזק אויף דעם, אבער יעצט האב איך א פארקערטער פראבלעם, מיין מאן וויל נישט אז איך זאל עס יעצט טון, ווייל ער טראכט אז ס'וועט מיר זיין זייער שווער דאס צו טון. איך מיין אבער אז יעצט איז שוין געקומען די צייט פאר דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר גייט זיך אפשערן די האר מיט שמחה; איר גייט טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן מיט אייער גאנצע הארץ, עס פריידט זיך צו הערן פון אייך אז איר גייט דאס טון מיט ווילן און חשק, נישט געצווינגענערהייט.


מוהרא"ש שרייבט א בריוו (שאלות ותשובות ברסלב, מכתב אלף כב) פאר א פרוי וואס פרעגט, אויב א פרוי וואס פלעגט זיך אפשערן די האר און זי בארעכנט זיך צו לאזן וואקסן די האר, צי דאס הייסט א ירידה ברוחניות? מוהרא"ש ענטפערט איר: "זה נקרא ירידה ברוחניות, ומסכנות אלו הנשים שעשו עד עכשיו תגלחת וכו', והתחילו להאריך שיער וכו', זה רק התחלת ההתדרדרות, כי אחר כך הן יפלו יותר ויותר וכו'", א רחמנות אויף די פרויען וואס פלעגן זיך שערן די האר און האבן אנגעהויבן צו לאזן וואקסן זייערע האר, דאס איז אן אנהויב פון זיך אוועק גליטשן וכו', נאכדעם פאלט מען מער און מער; איז דאך זיכער אז ווען א פרוי וואס פלעגט זיך נישט שערן איר האר בארעכנט זיך און הויבט אן זיך שערן איר האר איז דאס אן עליה ברוחניות, א וועג צו ווערן נענטער צום אייבערשטן און זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואונטשט און זאגט צו פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


וויסן זאלט איר אז יעדעס מאל ווען די פרוי שערט זיך די האר איז זי מקריב א קרבן פאר'ן אייבערשטן; זי קען דעמאלט בעטן פאר זיך און פאר אנדערע, זי קען פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל. ווען איר שערט זיך די האר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אנדערע, וועט איר זען גרויסע ניסים.


זאגטס פאר אייער מאן אז איר טוט דאס מיט אייער גאנצע הארץ, עס איז נישט די זעלבע פון נאך די חתונה ווען איר האט נישט געוואוסט אפצושאצן דאס חשיבות פון די זאך, דעריבער איז דאס געווען פאר אייך ווייטאגליך, אזוי ווי אסאך אנדערע פרויען נשים צדקניות וואס שערן זיך נישט אפ צוליב די סיבה, נאר ווייל זיי ווייסן נישט די חשיבות הענין, מען רעדט נישט פון דעם, מען ברענגט נישט ארויס דאס גרויסקייט דערפון.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע ברכות.

#861 - דער גבאי פון שול האט מיר זייער פארשעמט, זאל איך צוריקגיין אהין?
מחלוקת, בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאווען אין א גרויסע שול אין מיין געגנט, און די וואך האט איינער עפעס שאדן געמאכט פאר די שול, און דער שמש האט באשלאסן אז איך בין האב עס געטון, און לכבוד דעם האט ער מיר זייער שטארק פארשעמט אין פארנט פון יעדן מיט מורא'דיגע בזיונות, אן אפילו מברר זיין צי ס'איז אמת. איך בין געווארן פון דעם אזוי צובראכן אז נעכטן האב איך געדאווענט מנחה מעריב אינדערהיים, איך האב זיך פשוט געשעמט צו גיין אין שול. און איך טראכט נישט אזוי שנעל צוריקצוגיין אהין ווי לאנג ער קומט מיר נישט איבערבעטן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק דאווענען אין שול און מאך נישט קיין עסק פון דעם וואס דער גבאי האט דיר פארשעמט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רבי א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


בלייב דאווענען אינעם שול וואו דו דאוונסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דער וואס בלייבט דאווענען אינעם זעלבן שול, ער קוקט נישט אויב מען פארשעמט אים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער קומט אין שול צום אייבערשטן, דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עָנָיו" און א "חָסִיד", אזא מענטש איז "מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#860 - זאל איך ווייטער ממשיך זיין מיט שדכנות?
שידוכים, שדכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די גרויסקייט פון זיין א שדכן, האב איך געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט מיך שוין זייער לאנג.


איך בין א שדכן שוין פאר יארן לאנג, איינס פון די שידוכים וואס איך האב אויסגעפירט האט זיך זייער נישט גוט אויסגעלאזט, מ'האט זיך צעקריגט און אפאר קינדער זענען נעבעך חרוב געווארן ל"ע, און איך האב באקומען זייער א שטארקע שולד געפיל דערפון אז אפשר האב איך זיך נישט גענוג גוט נאכגעפרעגט פאר'ן שידוך, און אז ס'איז ארויסגעקומען דורך מיר אזא זאך, ווען איך טרעף איינעם פון די מחותנים דריי איך זיך אוועק און ס'קאסט מיר ממש דאס געזונט, און דאס מאכט מיר זיך צוריק צו האלטן אסאך מאל פון אנטראגן א שידוך.


וואס איז די ריכטיגע וועג דאס צו באהאנדלען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע מצוה פון מאכן שידוכים, כמותך ירבו ישראל; ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי מאכן שידוכים. בפרט מיר תלמידי היכל הקודש דארפן עוסק זיין אין די מצוה, אזוי ווי מיר האבן געלערנט ביי אונזער גרויסע רבי מוהרא"ש וואס האט מפקיר געווען זיין גאנץ לעבן פאר בחורים און מיידלעך, זיי צו חתונה מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות יז): "בָּרוּךְ ה' אִיךְ הָאבּ אַ חֵלֶק אִין אִיבֶּער צְוֵויי טוֹיזְנְט קָאפְּלְס וָואס אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן זֵיי חֲתוּנָה מַאכְן, אוּן וִוי לַאנְג אִיךְ לֶעבּ בֶּעט אִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן מַאכְן נָאךְ שִׁידוּכִים פַאר בָּחוּרִים אוּן מֵיידְלֶעךְ אוּן מִיט דֶעם זֵיי רַאטֶעוֶוען פוּן עֲבֵירוֹת.


אוּן אִיךְ בִּין מְגַלֶה דַעַת אַז וֶוען אִיךְ וֶועל אַוֶועק גֵיין פוּן דֶער וֶועלְט, יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ תְּהִלִים אוֹיף אֵיין מָאל אָן אַ הֶפְסֵק, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר זֵיי אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ פוּן הִימְל, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם צוּזָאג.


מִיט דֶעם עֶנְדִיג אִיךְ מַיין צַוָואָה פַאר מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים אוּן אִיר קֶענְט דָאס פַארְשְׁפְּרֵייטְן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער זָאל הֶעלְפְן אַז עֶס זָאל שׁוֹין זַיין יִתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמֵיהּ רַבָּא, דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס נָאמֶען זָאל גֶעהֵיילִיגְט וֶוערְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, סֵיי בַּיי מַיין לֶעבְּן אוּן סֵיי נָאכְדֶעם וָואס אִיךְ וֶועל אַוֶועק גֵיין פוּן דִי וֶועלְט, אָמֵן וְאָמֵן".


דער יצר הרע האט נישט ליב עס זאל ווערן שידוכים, אים איז בעסער ווי ווייניגער שידוכים עס ווערט; ער ווייסט אז ווען א בחור און א מיידל האבן חתונה האט ער שוין נישט קיין שליטה אויף זיי, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "כֵּיוָן שֶׁנָּשָׂא אָדָם אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִתְפַּקְּקִין", ווען מען האט חתונה ווערט מען ערליך, מען לאזט אפ די עבירות; דעריבער מאכט ער פעולות אפצוהאלטן שידוכים.


דאס איז די זאך וואס עס איז לעצטנס געווארן א נייע גזירה ביי די מיידלעך אז מען דארף בלייבן אין סקול פאר צוועלפטע קלאס; מען רעדט איין די עלטערן אז מען דארף בלייבן נאך א יאר אין סקול ווייל מען לייגט אריין אין די מיידלעך זייער וויכטיגע לימודים, ווען באמת איז דאס א שפיל פונעם שטן אפצוהאלטן שידוכים פון אידישע קינדער; אז די מיידלעך זאלן זיך מער אריין טון מיט חבר'טעס און נישט אנהויבן לעבן די תורה לעבן, עד כדי כך אז עס איז דא שולעס וואס לאזן נישט צוריק קומען אין סקול אויב מען ווערט א כלה.


אזוי אויך מאכט מען היינט מיט בחורים; מען רעדט איין עלטערן מען זאל נישט א שידוך טון אינמיטן זמן ווייל מען קען נישט שטייגן, מען מאכט חוזק פון די בחורים וואס זענען זוכה חתונה צו האבן יונג; מיט דעם גייט מען אנטקעגן די תורה, אנטקעגן די הייליגע חכמים וואס האבן געהייסן חתונה האבן וואס יונגער און וואס פריער ניצול ווערן פון עבירות. דאס אלעס איז מעשה שטן צוריק צו האלטן שידוכים אז די טייערע חשוב'ע בחורים זאלן נכשל ווערן אין פגם הברית רחמנא לצלן.


דאס וואס דו האסט חלישות הדעת - דאס איז אויך זיין ארבעט, ער וויל אז דו זאלסט נישט עוסק זיין ווייטער אין די הייליגע מצוה; פרעג איך דיר: "פארוואס זאלסטו קוקן אויף די איינצעלנע וואס האבן זיך ג'גט?" קוק אויף די אלע אנדערע וואס האבן חתונה געהאט און לעבן שיין! אז דו האסט געקענט זיין דער גוטער שליח ביז אהער זאלסטו ווייטער זיין דער גוטער שליח, "לֵךְ בְּכֹחֲךָ זֶה וְהוֹשַׁעְתָּ אֶת יִשְׂרָאֵל (שופטים ו, יד)", גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט צו העלפן אידישע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן די זכות אז איך האב שוין זוכה געווען צו זיין דער שליח צו מאכן צענדליגער שידוכים, ביי מיר איז אויך דא איינצעלנע וואס האבן זיך לא עלינו גע'גט, מיט דעם אלעם בעט איך ווייטער דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבען די זכות צו זיין א גוטער שליח פאר בחורים און מיידלעך, זיי העלפן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#859 - ווען וועל איך שוין חתונה האבן?
שידוכים, לימוד התורה, בחור, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אזוי אוועק פאר מיר. זייט איך בין אריינגעקומען אין ישיבה האט זיך מיין לעבן געטוישט צום גוטן ממש מקצה אל הקצה.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך שוין זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, 101 מאל מסכת תענית, 43 מאל מסכת ראש השנה, 18 מאל מסכת ברכות, 21 מאל ששה סדרי משנה, גאנץ נ"ך, תוספתא, ירושלמי ביז מסכת עירובין, 6 מאל ספר המדות, שיחות הר"ן, ספורי מעשיות, א חלק פון לקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שבחי הר"ן און שיחות הר"ן.


יעצט האב איך צום ערשטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית אויך מיט די רש"י'ס, איך לערן ב"ה יעדן טאג בית נצחי און שלחן ערוך. ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט מיט מיר.


פון די אנדערע זייט בין איך אבער זייער צעבראכן אז איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך, איך פאל און איך פאל, ס'איז שווער צו זיין אליין, און איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס. איך בין גרייט פאר סיי וועלכע שידוך, נישט קיין חילוק וועלכע משפחה, וועלכע שטאט, וועלכע לבוש, איך וויל מער נישט ווארטן נאך איין טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט אזוי פלייסיג די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר דיינע סיומים.


גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; דערהאלט זיך מיט דיין גאנצע כח, לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן.


טייערער ברודער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן פארוואס דו האסט נאכנישט דיין שידוך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט זיין צעבראכן און טראכטן: 'פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו מיין שידוך? אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', יוסף הצדיק האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות און דאך האט ער זיך מחזק געווען. מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפ'ן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' - זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


שטארק זיך ווייטער בלימוד התורה; עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל מאכן דעם מענטש פרייליך און צופרידן - ווי לערנען תורה. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן דארף ער שוין נישט גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן און ער לעבט א פרייליכע לעבן, ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#858 - וועל איך נאך אמאל זיין אן ערליכער איד?
התחזקות, תשובה, בחור, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען דעם פארגאנגעם שבת פרשת ויגש ביים "שבת סיום הש"ס", און איך האב א גאנץ שבת ממש געוויינט. איך קוק זיך ארום און איך זע ווי בחורים אין ישיבה וואס זענען אריינגעקומען נאך מיר האבן שוין געענדיגט ש"ס, און וואו בין איך? איך לערן שוין אין ישיבה א פאר יאר און איך האלט נאך ביי גארנישט.


איך מוטשע זיך שוין יארן ממש בלויז צו זיין א פשוטער איד, מיט פשטות יהדות. איך האב געטון גרויסע נארישקייטן אלס יונגער בחור, און זייט דעמאלט מוטשע איך זיך זייער אין אידישקייט, איך האב נישט געוואוסט דעמאלט אין וואס איך לאז זיך אריין, איך האב נישט געוואוסט אז איך וועל זיך דארפן אזוי שטארק מוטשען מיט פשטות יהדות. יא מחלל שבת זיין אדער נישט מחלל שבת זיין, יא גיין מיט א מיידל אדער נישט גיין מיט א מיידל, וכו' וכו'.


טייערער ראש ישיבה, איך קען נישט מער, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין גוט, אבער איך מוטשע זיך שוין אויף די זעלבע זאכן פאר אפאר יאר, און איך האב מער נישט קיין כח. וואס איך האב געטון האב איך געטון, הלואי וואלט איך עס געקענט צוריק דרייען, אבער יעצט וויל איך זיין גוט.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה קען מיר העלפן, און איך בעט זייער אז דער ראש ישיבה זאל מיר טוישן צום גוטן. איך וויין מיט טייכן טרערן יעצט בשעת'ן שרייבן דעם בריוו, ווייל איך ווייס אז איך וויל באמת זיין אן ערליכע איד, אבער איך שפיר אז איך בין שוין פארטיג, איך געב שוין אויף, איך קען נישט נישט מער.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה מיר צו העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן צוליב דיין עבר; יעדער איד קען תשובה טון און אנהויבן א נייע בלעטל אין לעבן, נישט קיין חילוק וואס מען האט אלץ אפגעטון קען מען אייביג צוריק קומען צום אייבערשטן.


דאס וואס דו טראכסט שטענדיג פון דיין פארגאנגענהייט - איז מעשה שטן וואס האקט דעם מענטש אין קאפ: "דו ביסט ממילא גארנישט"; "דו האסט געטון דאס און דאס"; ביז דער מענטש ווערט צעבראכן און קערט זיך צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים.


דריי זיך נישט ארום מיט א שולד געפיל פונעם פארגאנגענהייט, פארגעס וואס איז געווען און הויב אן פון פריש. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט א גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, דאס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען מען טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביז'ן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ – ביז'ן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הויב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.


קלאפ זיך נישט אראפ ווען דו זעסט אין ישיבה בחורים וואס זענען אריין געקומען נאך דיר און זיי האבן אין א קורצע צייט געענדיגט ש"ס וכו', וכו'; מען טאר זיך נישט צעברעכן פון אנדערע. עס איז וויכטיג דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, הלכות פסח ט, אות כב): פונקט ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט רבי נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, ווען מען קוקט זיך אן און מען זעט ווי אזוי מען זעט אויס וכו'.


דער עיקר דארף א מענטש קוקן אויף זיך אליינס און ארויס כאפן גוטע זאכן צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן; נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין עבודת השם, אז מען קוקט נאר אויף זיך. אזוי ווי עס שטייט ביי אברהם אבינו (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט זוכה געווען צו דינען דעם אייבערשטן נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט (עיין ליקוטי מוהר"ן, השמטה).


זיי נישט מקנא אנדערע בחורים אין ישיבה; אפילו אויף גוטע זאכן טאר מען נישט מקנא זיין א צווייטן און וועלן יענעם נאכמאכן. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה חָכְמָה", איז נישט פשט אז מען זאגט דעם מענטש: 'דו דארפסט מקנא זיין א צווייטן און אים נאכמאכן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן נישט "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'סוֹפְרִים'", נאר "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'חָכְמָה'", די נקודה איז נישט יענעם נאכצומאכן, נאר ווען איך זע ווי יענער איז זייער שיין מצליח, תַּרְבֶּה 'חָכְמָה', דארף איך טראכטן צו מיר: 'וואס קען איך טון אז איך זאל מצליח זיין אין מיין זאך?'


איך האף דו וועסט ארויס נעמען חיזוק פון מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, דו וועסט לעבן מיט די ווערטער וואס דער הייליגער תם פלעגט זאגן ווען מען האט גערעדט צו אים פון אנדערע (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה; און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך האב פארדינט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#857 - יישר כח פאר אלע גוטע זאך וואס איך באקום פון די שיעורים
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, יונגע יארן, בחור, עצתו אמונה, סדר דרך הלימוד, חשבון הנפש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב היינט זוכה געווען צו ענדיגן גמרא מסכת ערכין, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס לערנט אונז אויס דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן אז מ'קען זאגן די ווערטער פון תורה, מיינע עלטערן קוקן שוין ארויס צו מיין סיום הש"ס אי"ה.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן מיין בריוו וועגן עסן פאר'ן דאווענען. איך עס שוין נישט ב"ה פאר'ן דאווענען, אבער נעכטן פאר'ן דאווענען בין איך געווען זייער הונגעריג און כ'האב יא געגעסן, שפעטער אינמיטן טאג האב איך זיך געקויפט א נייע ציצית און אין די ערשטע מינוט נאכ'ן עס אנטון האט זיך אויסגעגאסן דערויף א גאנצע גלעזל סאדע. נאכ'ן מאכן התבודדות האב איך פארשטאנען אז דאס קומט ווייל איך האב געגעסן פאר'ן דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט אין ספר המדות (בגדים ה') "מי שאוכל קודם התפלה, נענש בבגדים", האב איך זיך פריש פארגענומען מער נישט צו עסן פאר'ן דאווענען.


און דאס איז אויך נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אריינגעלייגט אין אזא יונגער בחור ווי מיר אז קיין שום זאך געשעט נישט פערצופאל, נאר אלעס האט א חשבון, מ'דארף נאר מאכן א חשבון הנפש און דאן שווימט אלעס ארויף.


א באזונדערע יישר כח פאר די וועכטנליכע קונטרס "עצתו אמונה", איך ליין עס דורך יעדע וואך פון דעקל צו דעקל, ס'איז ממש מחיה נפשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדה בתורה; נאך אביסל ביסטו זוכה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יאר עבודת השם אויף דער עלטער.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש; זע אויך צו לערנען יעדן טאג אביסל תיקונים, וואס דאס איז מזכך ומטהר דעם נפש. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג הלכה און זאגן דעם יום תהילים.


אלע בריוו פון ספר עצתו אמונה איז געשריבן פאר דיר; דאס איז נישט געמאכט צו 'ליינען', דאס איז א לימוד, עס איז געמאכט צו 'לערנען'. לערנען דאס דורך איינמאל און נאכאמאל וועסטו זיין אן ערליכער איד, דו וועסט זיך קענען דערהאלטן אין אלע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#856 - זאל איך פארן קיין חוץ לארץ צו גיין נאך צדקה?
פרנסה, צדקה, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך בין זיך מחיה מיט די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך שפיר אז נאר דער ראש ישיבה פארשטייט מיך, און דערפאר וויל איך פרעגן מיין שאלה.


איך מוטשע זיך מיט פרנסה, און ס'זענען דא פילע אידן פון דאהי וואס פארן קיין חוץ לארץ צו גיין נאך געלט, איז דאס א גוטע זאך צו טון? זאל איך עס אויך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד צו קומען קיין חוץ לארץ; מיין נישט אז אין חוץ לארץ וועסטו האבן דיין ישועה.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארעם און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדע האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדע האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


אז מען האט נישט קיין געלט ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנ) אז מען קען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז פאר די ווייב דארף מען נישט זאגן פונקטליך אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט פאר אלעמען: "איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף שבת ויום טוב", וד"ל.


די ארץ ישראל'דיגע אידן מיינען אז אין אמעריקע וואלגערט זיך גאלד אויף די גאסן, מען קוקט אויף אן אמעריקאנער איד מיט קנאה וכו'; וויסן זאלסטו אז דא מוטשעט מען זיך אויך, דעריבער איז נישט כדאי צו קומען קיין אמעריקע און לאזן די ווייב אליינס.


מען ליינט אין די מעשה ביכלעך ווי די פריצים פלעגן הייסן זייער מאשקע טאנצן בשעת זיי פלעגן מאכן זייערע סעודות, אזוי טוען די אמעריקאנע גבירים מיט די משולחים, מען וויל זיך אהערשטעלן פאר די ווייב און פאר'ן איידעם ווי א שיינער איד אז מען האט געסט ביי די סעודה, הייסט מען זיי קומען צו א סעודה, בשעת די סעודה פרעגט מען זיי אויס אלע סארט פאליטיק וכו' און מוצאי שבת באקומט דער משולח א גאנצע צוואנציגער... די משולחים זענען אויסגעמאטערט פון א גאנצע וואך ארומלויפן נאך געלט, יעצט דארף ער זיצן כמה שעות ביי דעם פריץ און מארגן ביי יענעם פריץ צו באקומען א צוואנציגער?! מען בעט אן המלצה; אויב האסטו פון בד"ץ איז גוט, דעמאלט באקומסטו א 'גאנצע דאללער'... אויב האסטו נישט פון בד"ץ וכו' פארשיקט מען דיר מיט בזיונות, און מיט אן המלצה פון בד"ץ האסטו ביזי בזיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#855 - פארוואס ווען מ'וויל זיין וואויל קומען אלע שוועריקייטן?
התחזקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, בריוו, און דרשות; דאס געבט מיר כח זיך צו דערהאלטן און ארויסכאפן יעדן טאג תורה און תפלה, פרנסה און מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו די קינדער, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך האב געלערנט אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן פ"ז) וואס דער רבי זאגט דארט אז ווען א מענטש וויל אנהויבן גיין אויף גוטן און ערליכן וועג, דוקא דעמאלט ווערט נתעורר אויף אים דינים. וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מסביר צו זיין וואס דער רבי זאגט דא, ווי אזוי דאס ארבעט, און ווי אזוי מ'קען לעבן מיט דעם.


איך ארבעט אויף מיר איך זאל זיין גוט און וואויל, ס'איז מיר נישט גרינג, ס'קאסט מיר אסאך כח און אסאך מאל ווער איז ממש אויסגעברענט, איך פרובירט אבער דאס בעסטע.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי הויבט אן די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פז) מיט א שטארקע קשיא וואס אלע האבן, "אָנוּ רוֹאִין בְּחוּשׁ, תֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ הַיָּשָׁר מִתְעוֹרְרִין עָלָיו דִּינִים, וְהַסְּבָרָא הוּא לְהֵפֶךְ", פארוואס ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן הויבט אן איבער צו גיין אויף אים שוועריקייטן, צרות און יסורים; עס וועלט ווען געדארפט זיין פארקערט, אז ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן זאל קומען רחמים וחסדים!


זאגט דער רבי: "כִּי יֵשׁ שְׁנֵי מִינֵי יִרְאָה, יִרְאַת הָענֶשׁ וְיִרְאַת הָרוֹמְמוּת", עס זענען דא צוויי סארט מורא האבן פונעם אייבערשטן, עס איז דא וואס זייער מורא פונעם אייבערשטן איז 'יראת העונש' - ער האט מורא אז ער וועט באקומען א שטראף, וואס דאס איז אויך זייער א גרויסע מדריגה; דאס אליינס אז מען האט מורא פונעם אייבערשטן, מען גלייבט אז דער אייבערשטער שטראפט אויב מען זינדיגט, דאס איז זייער א גרויסע מדריגה. דאס גלייבן אז די וועלט איז נישט א הפקר וועלט, נאר אויב מען זינדיגט און מען טוט נישט תשובה באקומט מען אן עונש, טוט אפהיטן דעם מענטש מען זאל נישט זינדיגן און זיך אויפפירן ווי אזוי די תורה הייסט.


עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש האט מורא פונעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל אים נישט שטראפן, דאך איז דאס נישט דער ציל צו וואס מען דארף צוקומען. דער זוהר הקדוש (תיקוני זוהר ה:) רופט אן יראת העונש א שוואכע יראה ווייל מען האט נישט מורא פונעם אייבערשטן אליינס, נאר פונעם עונש וואס מען וועט באקומען פון אים, דאס איז אזוי ווי א קינד וואס האט מורא פונעם שטעקן און נישט פונעם מענטש וואס כאפט אן דעם שטעקן.


דער עיקר צו וואס מען דארף צוקומען איז צו 'יראת הרוממות' - מורא האבן פונעם אייבערשטן אליינס, אבער מען קען נישט צוקומען צו די מדריגה נאר אז מען האט קודם יראת העונש, מען איז צוגעוואוינט צו מורא האבן פונעם עונש, הערשט נאכדעם קען מען זוכה זיין צו יראת הרוממות, מורא האבן פונעם אייבערשטן אליינס.


דער רבי זאגט: "יִרְאַת הָענֶשׁ נִקְרָא צֶדֶק", מורא האבן פון אן עונש ווערט אנגערופן 'צדק', ווייל צדק איז א לשון פון משפט, מען האט מורא צו טון שלעכטס ווייל מען וועט אים משפט'ן און מען וועט באקומען א שטראף. "וְיִרְאַת הָרוֹמְמוּת נִקְרָא אֱמוּנָה", ווידעראום מורא האבן פונעם אייבערשטן אליינס, דאס ווערט אנגערופן 'אמונה', "כִּי מֵחֲמַת שֶׁהוּא מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַב וְשַׁלִּיט עִקָּרָא וְשָׁרְשָׁא דְּכָל עָלְמִין, הוּא יָרֵא מִמֶּנּוּ וְיָדוּעַ הוּא", ווייל ווען מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אלעס און הערט אלעס וואס מען טוט, דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכע חשבון וכו', דורך דעם קומט מען צו די מדריגה אז מען הייבט אן מורא האבן פונעם אייבערשטן אליינס, "כִּי אִי אֶפְשָׁר לָבוֹא לֶאֱמוּנָה רַק עַל יְדֵי יִרְאַת הָענֶשׁ", אבער מען קען נישט צוקומען צו האבן א שטארקע אמונה, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן - נאר אז מען האט יראת העונש, "כִּי מֵחֲמַת שֶׁהוּא יָרֵא מֵהָעֹנֶשׁ מַאֲמִין שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא תַּקִּיף וּבַעַל הַיְכֹלֶת וּבַעַל הַכֹּחוֹת כֻּלָּם, וּמִזֶּה בָּא לֶאֱמוּנָה יוֹתֵר גְּדוֹלָה", אז מען האט מורא פונעם אייבערשטן אז מען וועט ווערן געשטראפט, פון דעם בויט זיך אויף א שטארקע אמונה.


יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן גייט אריבער אויף אים שוועריקייטן, ווייל: "תֵּכֶף כְּשֶׁרוֹצֶה לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ הַיָּשָׁר, צָרִיךְ לִהְיוֹת לוֹ יִרְאָה הַנִּקְרָא צֶדֶק", ערשט דארף מען אנהויבן מיט יראת העונש, וואס ביי דעם שטייט (תהלים ט, ט): "וְהוּא יִשְׁפֹּט תֵּבֵל בְּצֶדֶק", דער אייבערשטער משפט דעם מענטש לויט וואס ער האט געטון, "לְפִיכָךְ מִתְעוֹרְרִין עָלָיו הַדִּינִים", דעריבער גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער, "אַךְ כְּשֶׁבָּא אֶל הָאֱמֶת, הַיְנוּ אֶל הַיִּרְאָה הַנִּקְרָא אֱמוּנָה", און וויבאלד דער מענטש שטארקט זיך און האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, "אָז כָּל הַדִּינִין נִמְתָּקִין בְּשָׁרְשָׁן", ווערן אלע דינים בטל פון אים, ווייל ער נעמט אריין אין זיך אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דאן ווערט פון 'צדק' 'אמונה', און דעמאלט: "וְכָל טִיבוּ וְכָל נְהוֹרָא שַׁרְיָא בָּהּ", האט דער מענטש אלע ליכטיגקייט און אלע גוטס.


דער עיקר דארפן מיר קודם בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן מורא האבן פון אים כאטשיג די יראת העונש וואס ווערט אנגערופן 'צדק', וועלן מיר נאכדעם זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה און מיר וועלן האבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#854 - ווי אזוי קען איך זיך האלטן ערליך מיט א פראבלעמאטישע ווייב?
שלום בית, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב ליידט פון "בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער", דאס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער פון צייט צו צייט בין איך זיך מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


צוליב מיין ווייב'ס פראבלעם, בין איך אביסל באגרעניצט מיט וואס איך קען טון פאר פרנסה, און ליידער מוז איך כמעט יעדע וואך צוקומען צו אנדערע.


איך בין אן ערליכער אינגערמאן, אבער איך מושטע זיך מיט שמירת עינים, סתם אזוי פרוביר זיך צו האלטן ערליך, איך בין קעגן סמארטפאונס, אבער ווען עס כאפט מיר אן א שוואכע מינוט, גיי איך אריין אין א גוי'אישע סעלפאון סטאר, און איך קוק שלעכטע זאכן.


פון איין זייט טראכט איך "איך בין דאך אן ערליכער אינגערמאן, ווי קומט דאס צו מיר?", אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך אז איך בין א גרויסע רחמנות, איך האב צוטון מיט מיין פראבלעמאטישע ווייב, וואס אסאך מאל זידלט זיך מיר אן, און איך בין א איד און איך קען נישט האבן קיין שייכות מיט א צווייטע פרוי. און פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אזא קללה אז ווען א פרוי ווערט עלטער פארלירט זי איר שיינקייט?


איך האב ב"ה ליכטיגע קינדער, און מיין שאיפה איז צו האבן אן ערליכע שטוב, אבער איך פאל כסדר אראפ ליידער. איך ווייס אליין נישט וואס צו זאגן, איך בין אליין א גרויסער רחמנות. אסאך מאל טראכט איך ווי גליקליך איך וואלט געווען ווען איך וואלט ווען געקענט האבן שייכות מיט נאך פרויען.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין קונץ צו זינגען דעם ניגון וואס דו זינגסט אינעם בריוו, אז דיין ווייב האט א פראבלעם וכו' וכו'; מיין נישט אז אויב דו וועסט ארום גיין זינגען א ניגון אז דיין ווייב איז מיט די נערוון וועט מען אויף דיר רחמנות האבן, עס וועט דיר גארנישט העלפן און עס בארעכטיגט נישט וואס דו טוסט, אז דו פאלסט אראפ רחמנא לצלן אין עבירות.


איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך קען דיר נישט, אבער פון דיין בריוו זעט אויס אז דו אליינס דארפסט א גרויסע ישועה. דו ליגסט נעבעך אין זינד, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן; דיין גאנצע קאפ איז דיר פול מיט טינופת, דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן ווערטער וואס ווען מען הערט די ווערטער דארף מען זיך רייסן קריעה, דו שרייבסט: "ווי גליקליך וואלט איך געווען ווען איך וואלט ווען געקענט זינדיגן"; ווי שעמט זיך נישט א איד צו שרייבן אזעלכע רייד? און נאך אין די זעלבע צייט זיך באטיטלען פאר אן ערליכער אינגערמאן!


איך בעט דיר זייער, טו תשובה און בעט איבער דיין ווייב, וועסטו נישט ליידן אזויפיל צרות. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן".


מוהרא"ש געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש זינדיגט בדיבור ער רעדט נישט שיין, ער טשעפעט זיין ווייב - וועט ער ליידן פון איר, זי וועט אים דערביטערן דאס לעבן. אבער ווען א מענטש היט דעם דיבור, ער רעדט שיין, ער רעדט נישט קיין ניבול פה, ער שעלט נישט; בפרט צו זיין ווייב רעדט ער ווייעך, ער לויבט איר און בויט איר אויף, וועט זי נישט קריגן אויף אים, נאר זי וועט אים פרייליך מאכן, זי וועט האבן אלע חן אין זיינע אויגן, און ווי עלטער מען ווערט וועלן זיי האבן מער ליבשאפט און מער געטריישאפט.


א קללה איז אז מען זינדיגט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף די שענסטע און בעסטע פארנעם, ווען מען ווערט עלטער ווערט דאס ליבשאפט שטערקער און מער, אז מען זינדיגט - דעמאלט איז נישט ווערד דאס לעבן. פלאי פלאים ווי א מענטש שרייבט מיט אזא חוצפה אויפ'ן באשעפער'ס וועלט: "א קללה אז ווי עלטער מען ווערט פארלירט מען דאס שיינקייט וכו'"; ווען מען זינדיגט, מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט פארלירט מען דאס שיינקייט. א רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נישט מיט די וועג פון די תורה, ווייל ווער עס היט די תורה, ווער עס היט די אויגן און די מחשבה, ער לעבט שיין מיט זיין ווייב, ווערט ביי אים דאס לעבן, דאס שלום בית, דאס שיינקייט - שטערקער און מער.


עס איז נישט קיין קונץ אראפצוקלאפן די ווייב; אז א פרוי שרייט מיינט נישט אז זי האט מיט די נערוון, אז א פרוי וויינט מיינט נישט אז זי איז נישט געזונט, דאס איז ביי יעדן מענטש אזוי, ווען א מענטש איז שוואך און צעבראכן וויינט מען און מען פארלירט זיך. בפרט די טייערע פרויען וואס כלל ישראל שטייט אויף זיי, די בויערס פון אידיש'ן פאלק, וואס ציען אויף קינדער, וואס עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל יסורים - צער העיבור, צער הלידה און נאכדעם צער הגידול, דאס ווארטן, דאס געבוירן און אויפציען - דאס איז זייער שווער, און אז דער מאן איז א שלעכטער, ער זוכט נאר חסרונות אין איר, אודאי שרייט מען און אודאי וויינט מען, דאס מאכט נאך נישט דעם מענטש פאר א 'מענטל קעיס', דאס מיינט נישט צו זאגן אז זי איז דער פראבלעם.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אויף דיין לעבן; מאך נישט חרוב דיין שטוב. הער אויף רעדן פון אירע פראבלעמען, הויב אן זוכן אין איר גוטס, הויב אן זוכן אין איר מעלות. די ערשטע מעלה וואס זי האט, אז זי וואוינט בכלל מיט דיר, זי איז נאך נישט אנטלאפן פון א מאן וואס קוקט איר אזוי אראפ, און נאך פול מעלות וואס זי האט.


מאך איר פרייליך; דו זיי איר טעראפיסט. דו קענסט איר אויסהיילן, א גוטער מאן, א געטרייער מאן קען אויסהיילן די ווייב פון אלע פראבלעמען. דער מאן איז דער וואס דארף מחזק זיין און פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער און מיט ליבשאפט, דעמאלט גייען אוועק אלע פראבלעמען און אלע קראנקהייטן.


אז דו וועסט זוכן אין איר גוטס וועט זי נישט שרייען אויף דיר, זי וועט לעבן מיט דיר; איר וועט לעבן ווי צוויי טויבן אין א חלום.

#853 - ווי אזוי קען איך צוריק ברענגען מיין שווער קיין ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, משפחה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין שוין עטליכע און צוואנציג יאר אלט, אבער למעשה לעב איך קוים א האלבע יאר. פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן לעבן, איך האב אנגעהויבן ליב האבן צו לעבן, מיין שלום בית האט זיך געטוישט, מיין תורה און תפלה האט זיך געטוישט, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, א גרויסן יישר כח.


מיין שאלה איז אזוי, מיין שווער איז זייער א חשובער איד, אן עובד ה' און זייער א וואוילער מענטש. יארן צוריק פלעגט ער האבן שייכות מיט ברסלב און ער פלעגט פארן אויף אומאן, אבער צוליב די פאליטיק וואס האט זיך דארט אפגעטון האט ער זיך זייער פארעקלט פון ברסלב, ער האט אויפגעהערט פארן קיין אומאן, און ער וויל נישט האבן גארנישט מיט ברסלב. זייט דעמאלט איז ער ממש אליין אויף דער וועלט, ער באלאנגט נישט צו קיין שום פלאץ אדער חסידות.


עס שטערט אים נישט אז איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, און ער האט אויך א זון אין ברסלב, אבער איך זע ווי ער מוטשעט זיך אזוי שטארק אין לעבן, און איך האב ממש רחמנות אויף אים. איך וואלט זייער געוואלט אים אומקערן צום הייליגן רבי'ן דורך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען דאס טון אויף א קלוגע וועג אן אים צו טשעפען און אן צו שטערן זיין שלום בית, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שווער האט אפגעלאזט ברסלב צוליב די זעלבע סיבה פארוואס רבי נתנ'ס שווער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן אנטגעקען דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זי"ע און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי אנטקעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש הנשה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


דיין שווער איז נישט דער איינציגסטער וואס האט אפגעלאזט ברסלב צוליב מחלוקת וכו', זייער אסאך מענטשן זענען אנטלאפן פון ברסלב צוליב די עזות פנימ'ער וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, און אסאך ווערן נישט מקורב און לאזן נישט זייערע קינדער מקורב ווערן צוליב די וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "וְהִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּשְׁכוּ כָּל בְּנֵי אָדָם לְזֶה הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בְּחִינַת עָפָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ כּחַ הַמּוֹשֵׁך כַּנַּ"ל", די גאנצע וועלט וואלט זיך ווען צוגעקלעבט צום צדיק, "אַךְ עַל יְדֵי כֹּחַ הַמַּכְרִיחַ, מַפְסִיקִין וּמַרְחִיקִין מִמֶּנּוּ. הַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם, שֶׁעַל יְדֵי דִּבּוּרָם וּמַעֲשֵׂיהֶם הֵם מַכְרִיחִים אֶת בְּנֵי אָדָם, לְהַפְסִיקָם וּלְהַרְחִיקָם מֵהַצַּדִּיק", נאר עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייער רעדן זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון קומען צום צדיק.


די בעסטע וועג מקרב צו זיין דיין שווער צוריק צו קומען צום רבי'ן איז דורך דיין התנהגות; אז דו וועסט זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו מקרב זיין דיין גאנצע משפחה צום רבי'ן. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש האבן זוכה געווען צו מקרב זיין זייער גאנצע משפחה צום רבי'ן דורך זייער התנהגות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#852 - פארוואס האט מען נישט געמאלדן אז דער ראש ישיבה קומט קיין בית שמש?
קשיות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון בית שמש, און עס איז שוין א שטיק צייט וואס איך מיט מיין ווייב הערן אויס אייערע שיעורים, און דאס האט ממש אויפגעראכטן אונזער לעבן.


עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן אז איר זענט געווען דא ביי אונז אין שטאט, און איך האב בכלל נישט געוואוסט דערפון. וויל איך פרעגן פארוואס מ'האט נישט מודיע געווען פון פאראויס אז איר קומט? פארוואס זאל מען נישט מהנה זיין נאך אידן אפילו זיי ווערן נישט גערעכנט אלס תלמידים פון אייער ישיבה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט מיט'ן רבינ'ס עצות; דער רבי האט דיר געטוישט דיין לעבן און די לעבן פון דיין שטוב.


ווען מען נעמט די עצות פון רבי'ן טוישט זיך דאס גאנצע לעבן; בפרט ווען מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות, א מענטש זאל זיך אויסגיסן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז געוואוינט צו רעדן, דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אים אריבער; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס האט זיך געלוינט מקורב צו ווערן צום רבי'ן נאר צו באקומען די מתנה פון 'התבודדות'. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אביסל יעדן טאג, ער איז זיך קובע א צייט צו רעדן צום אייבערשטן, און ער דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אים איבער, בפרטי פרטיות, דער מענטש לעבט א חיים טובים.


דו דארפסט פארשטיין אז איך אליין ווייס אויך נישט ווען איך פאר קיין ארץ ישראל; ווען איך פאר קיין ארץ ישראל איז עס פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, אן קיין פלענער און אן קיין הכנות וכו'. איך בין געפארן ממש פון איין טאג אויפ'ן צווייטן צו א חתונה פון א תלמיד הישיבה.


מאנטאג וישלח ביינאכט בין איך ארויסגעפארן, דינסטאג פארנאכטס אום זעקס אזייגער בין איך אנגעקומען; איך בין גלייך געפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש, דארט זענען זיך צוזאמגעקומען תלמידי הישיבה און תלמידי היכל הקודש. קודם האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און נאכדעם האבן מיר גערעדט פונעם רבינ'ס עצות. פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים עוסק זיין אין א שידוך וכו', עלף אזייגער איז פארגעקומען א שיעור אין ירושלים עיר הקודש.


מיטוואך בין איך געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש מתפלל זיין, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה אז מען זאל קומען צו זיין ציון פון צייט צו צייט. פון דארט בין איך געפארן קיין צפת, קודם האבן מיר געלערנט דעם דף און נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן. פון דארט בין איך געפארן קיין בני ברק צו די חתונה פון א תלמיד הישיבה און פון דארט אהיים קיין ניו יארק.


זיי נישט ברוגז אז מען איז נישט מודיע פון פאראויס; איך אליינס ווייס נישט ווען איך פאר. איך וויל אזוי שטארק קומען קיין ארץ ישראל זוכה זיין צו אלע הייליגקייטן וואס מען איז זוכה אין ארץ ישראל, אבער איך בין זייער פארנומען מיט די תלמידים אין ישיבה וכו' וכו'.


אז דו ווילסט מיט האלטן די שיעורים אין ארץ ישראל איז גוט דו זאלסט זיין בקשר מיט די תלמידים פון ארץ ישראל; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז דא אין יעדע שטאט א חבורה פון תלמידי היכל הקודש. זאלסט האבן שייכות מיט זיי וועלן זיי דיר מודיע זיין ווען עס קומט פאר א שיעור אין ארץ ישראל.


דער עיקר זאלסטו זיך מחזק זיין מיט די דיבורים וואס דו הערסט און פאלגן די עצות, וועסטו זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן איז זוכה צו קומען צו די גרעסטע מדריגה וואס איז נאר שייך, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#851 - ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאכ'ן ליידן א גרויסע שאדן?
אידיש געלט, פרנסה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין ריעל עסטעיטס, איך בין פארנומען איינצוקויפן שטחים און בנינים, און איך האב ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען ביז יעצט. דעם לעצטן זומער האט איך אבער געקויפט א גרויסע שטח וואס וואלט געדארפט אריינברענגען גרויסע רווחים און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'קען נישט באקומען דערויף קיין רשות צו בויען, און איך האב דערלייגט די גאנצע זאך. איך קען ממש נישט קומען צו מיר פון דעם, ס'איז פאר מיר זייער א שווערע זאך אראפצושלונגען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:): דער הייליגער אמורא רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין. זיי האבן געזאגט פאר רב הונא: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים צוריק געפרעגט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שאדן אומזיסט אויב עס קומט נישט, האט רב הונא זיי געפרעגט אויב זיי זעען עפעס שלעכטס אין אים, האבן זיי אים געזאגט אז ער צאלט נישט זיינע ארבעטער אזוי ווי מען האט זיך אויסגענומען, רב הונא האט זיך פארגענומען אז ער גייט זיי געבן וויפיל מען האט זיך אויסגענומען און עס איז געשען א נס אז ער האט נישט פארלוירן קיין געלט.


אז דו האסט שאדן וכו' זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון אויף אלע דיינע מעשים וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע שאדנס, דו וועסט מצליח זיין און פארדינען גרויסע רווחים.


ווען א מענטש האט א שאדן וכו' דארף ער זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפז): אויפ'ן פסוק (תהלים סב, יג): "וּלְךָ ה' חָסֶד כִּי אַתָּה תְשַׁלֵּם לְאִישׁ כְּמַעֲשֵׂהוּ", עס איז זייער א גרויסער חסד אז דער אייבערשטער באצאלט פאר'ן מענטש א שטראף מדה כנגד מדה, ווייל ווען דער מענטש באקומט ווען אן עונש סתם אזוי וואלט ער נישט געוויסט אויף וואס ער דארף תשובה טון, אבער ווען דער עונש איז מיט א פונקטליכקייט, געוואנדן אויף וואס מען דארף תשובה טון, ווייסט דער מענטש אויף וואס ער דארף תשובה טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#850 - זאל איך גיין אויף שבת צו מיין טאטע אדער צו מיין מאמע?
התחזקות, כיבוד אב ואם, הפצה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די לעצטע בריוו וואס דער ראש ישיבה האט מיר געשיקט, ברוך ה' איך האב מסיים געווען סדר מועד.


מיינע עלטערן זענען צעטיילט, און אסאך מאל קומט אויס אז פאר שבת בעט מיר מיין טאטע אז איך זאל גיין צו אים אויף שבת, און מיין מאמע בעט מיר איך זאל גיין צו איר, צו וועמען זאל איך גיין?


איך שרייב די ווערטער מיט טרערן אין די אויגן, דער ראש ישיבה קען זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אויף מיר דורך טאג און נאכט, איך שפיר אז מיין לעבן גייט מיר פארביי, מיינע עלטערן הערן זיך נישט אויף קריגן, יעדער וויל נאר אפטון דעם צווייטן, איך בעט דעם ראש ישיבה זאל מיר שרייבן נאך חיזוק.


אויך וויל איך פרעגן וועגן הפצה, איך וויל אנהויבן מאכן הפצה, ווי אזוי מאכט מען עס? און אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שרייבן חיזוק אויף הפצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן פון דיינע עלטערן; אמת, דו גייסט אריבער א שווערע צייט, דיינע עלטערן קריגן זיך און דו קענסט דאס נישט צו זען, דאך בעט איך דיר זייער זאלסט נישט זיין א חלק פון די מחלוקת, דו זאלסט מכבד זיין ביידע - סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע.


בנוגע וואו צו זיין שבת; איין שבת זיי מיט דיין טאטע און איין שבת זיי מיט דיין מאמע, און אויב עס איז דיר נישט באקוועם ביי זיי קענסטו גיין צו א זיידע וכדומה, אדער וואו עס איז דיר באקוועם.


שטארק זיך בלימוד התורה, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען תורה; תורה מאכט שטארק דעם מענטש, תורה מאכט פרייליך, עס איז דאס בעסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן און וואו זיך צו באהאלטן ווען עס גייט אריבער שווערע ביטערע טעג. נעם א גמרא און לערן א בלאט נאך א בלאט, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זיך צו קענען דערהאלטן אין דיין שווערע מצב.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, און אפילו דו קענסט זיך נישט קאנצעטרירן פון אלע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף דיר זאלסטו זאגן אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות, דורכדעם וועסטו האבן כח זיך צו דערהאלטן.


הפצה איז זייער א גרויסע זאך; וואויל איז דיר אז דו ווילסט פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות און חיזוק פאר אנדער, דו דארפסט נאר אכטונג געבן נישט צו ווערן אפגעקילט פון לצים. גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; ווען דו גייסט הפצה פרעג יענעם: "דארפסט א שיינע מתנה?" אויב יענער זאגט: "יא" בעט אים צדקה, געב אים די ספר וכדומה און גיי ווייטער, רעד נישט און טענה זיך נישט. אויב יענער זאגט: "איך דארף נישט דעם ספר, זאלסטו יענעם פרעגן: "איר ווילט אפשר געבן צדקה?" מער רעד נישט מיט קיינעם.


שרייב מיר נאך בריוו, איך וועל דיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צוריק שרייבן.


א גוטע וואך.

#849 - איך וויל זיין גוט, אבער איך האלט אין איין פאלן
שידוכים, תשובה, עבירות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיינע דרשות און חיזוק, איך בין זיך מחיה מיט דעם.


איך בין א יונגער בחור, און איך גיי אסאך מאל אין פארק, און דארט טרעף איך זיך מיט גוים און איך טו עבירות מיט זיי. פאר איך גיי אהין, און ווען איך קום צוריק, און אזוי אויך בשעת מעשה, וויל איך עס באמת נישט טון, אבער פון דעסט וועגן טו איך עס נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם?


איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך זאג משניות וויפיל איך קען אנקומען צווישן די סדרים אין מיין ישיבה, אבער פון דעסט וועגן האלט איך איין פאלן. דאס איז אויסער דעם וואס יעדעס מאל איך גיי אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי, און איך ווער ממש משוגע.


יעדעס מאל באזונדער טו איך נאכאמאל תשובה, איך זאג נאכאמאל צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי עס מער נישט טון, אבער איך פאל ווייטער דורך.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן אן עצה וואס וועט מיר טאקע העלפן, ווייל איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט האבן צו טון מיט גוים און זיכער נישט שפילן מיט זיי; ווען דו זאלסט וויסן ווי שטארק א גוי האט פיינט א איד וואלסטו נישט גערעדט מיט זיי און געהאט צו טון מיט זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי בהעלותך, סט) רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "הֲלָכָה הִיא, בְּיָדוּעַ שֶׁעֵשָׂו שׂוֹנֵא לְיַעֲקֹב", עס איז א קלארע הלכה אז עשו האט פיינט יעקב; מוהרא"ש ברענגט אויף דעם אז אויף די הלכה קריגט קיינער נישט, יעדער האלט אזוי ווי רבי שמעון.


בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט גיין צו קיין שום פארק וואו גוים שפילן זיך וכו'; געב אכטונג פון זיי און האב נישט מיט זיי צו טון, ווייל זיי קענען דיר שלאגן און דיר מזיק זיין השם ישמרינו, אזוי ווי מען הערט כסדר אין די נייעס ווי גוים שלאגן און הרג'נען אידן השם ישמרינו.


אויף דיין פראגע: "וואס טוט מען מיט שמירת עיניים וכו'?" בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; שטעל זיך ביי די מזוזה, לייג דיין האנט אויף די מזוזה און בעט א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל בלייבן מיט ריינע אויגן", און ווען עס קומט דיר אונטער א נסיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין פרעמדע פרויען, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן; העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד".


אז דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א שיינע כלה און דו וועסט האבן א גוט לעבן; אויב מען היט די אויגן האט מען גוט חתונה און מען האט ליב צו זיין אין שטוב נאך די חתונה, ווידעראום אויב מען היט נישט די אויגן האט מען נישט קיין לעבן; די לעבן ווערט נמאס, מען שפירט נישט קיין טעם אין גארנישט.


זיי ממשיך מיט מעביר סדרה זיין און מיט זאגן משניות; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא, ווייל גמרא היט דעם מענטש פון אלע קליפות און רוחות רעות.


איך האף אז דו וועסט פאלגן אלעס וואס שטייט אינעם בריוו, וועסטו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#848 - וואו איז דער מקור אז ווען מ'לערנט תורה דארף מען נישט קיין כלי זין?
לימוד התורה, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די שרעקליכע שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין דזשערסי סיטי, האט דער ראש ישיבה דערמאנט א "תנא דבי אליהו" וואס זאגט אז ווען איינער לערנט תורה דארף ער נישט האבן קיין כלי זין זיך צו באשיצן. איך האב דאס געוואלט ווייזן פאר איינעם, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א צוצייכענען וואו דאס שטייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכטס, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.


יעצט ווען מיר אלע זענען אזוי פארווייטאגט פון די שרעקליכע טראגעדיעס וואס האבן פאסירט, סיי אין ניו דזשערזי וואו א פרוי און א בחור זענען גע'הרג'ט געווארן מיט א שרעקליכע רציחה, און סיי וואס עס האט פאסירט אין מאנסי וואו א רוצח איז אריין געקומען צו א רב אין שטוב בשעת הדלקת נר חנוכה און דערשטאכן אפאר אידן - דארפן מיר זיך מקבל זיין צו לערנען די הייליגע תורה פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טון, לערנען די הייליגע תורה.


ווען מען הערט אזא שרעקליכע נייעס דארפן מיר זיך בארעכענען, יעדער איינער פון אונז, זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן און היטן די הייליגע תורה, וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון שלעכטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה לה, ו): "הַסַּיִּף וְהַסֵּפֶר נִתְּנוּ מְכֹרָכִין מִן הַשָּׁמַיִם", דער אייבערשטער האט באשאפן די תורה מיט'ן שווערד צוזאמען, "אָמַר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט אונז: "אִם שְׁמַרְתֶּם מַה שֶּׁכָּתוּב בְּסֵפֶר זֶה הֲרֵי אַתֶּם נִצּוֹלִים מִן הַסַּיִּף, וְאִם לָאו סוֹף שֶׁהוּא הוֹרֵג אֶתְכֶם", אויב וועט איר היטן וואס עס שטייט אין די תורה וועט איר געראטעוועט ווערן פונעם גרויסן מעסער, און אויב מען היט נישט די תורה פאסירט אזעלכע רציחות.


נאך געפונען מיר (עבודה זרה יז:) אז בשעת די רומים האבן נישט געלאזט לערנען תורה האט מען געכאפט דער הייליגן רבי אליעזר, מען האט אים חושד געווען אז ער לערנט תורה און אויך אז ער איז א רויבער, האט ער זיי געזאגט: "אִי סַיְפָא - לָא סַפְרָא", אויב זענט איר מיר חושד אז איך לערן תורה, דאן האב איך נישט קיין שווערד – איך בין נישט קיין רויבער, "וְאִי סַפְרָא - לָא סַיְפָא", און אויב איר זענט מיר חושד אז איך האב א שווערד, א גרויסע מעסער, דאן קען איך נישט לערנען, ווייל די צוויי זאכן גייט נישט צוזאמען; זעט מען אז תורה איז א סתירה מיט רציחה.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, ער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס און אונז אויסלייזן מיט משיח צדקינו, אמן.