שאלה אין קורצן ענין
#972 - מעג א פרוי גיין מיט די קאליר רויט?
צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג א פרוי גיין מיט די קאליר רויט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי טאר נישט גיין אין קליידער וואס איז רויט.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען ער איז געווען אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אין אינסטאנבול, האט ער דארט געזען אינגעלייט וואס האבן אזעלכע הייליגע נשמות ממש ווי די הייליגע תנאים, האט דער בעל שם טוב געזאגט אז ווייל די פרויען דארט אין אינסטאנבול זענען געווען זייער איידל, זיי זענען געגאנגען אנגעטון זייער צניעות'דיג, דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו קינדער מיט אזעלכע הייליגע נשמות.


וואויל איז פאר א פרוי וואס פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו האבן הייליגע קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#971 - ווי אזוי לעשט מען אן עין הרע?
סגולות, עין הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א חבר'טע וואס גייט דורך א שווערע צייט, איינער וואס לעשט עין הרע'ס האט איר געזאגט אז ס'איז אויף איר אן עין הרע וואס האלט אין איין צוריק קומען כסדר, איינער איז איר מקנא. האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה געראטעוועט צו ווערן פון עין הרע איז אז יעדן אינדערפרי נאכן זאגן ברכות השחר, ווען מען זאגט דעם "יהי רצון", זאל מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט וואס מען רעכנט אויס אינעם יהי רצון: "שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּוֹם וּבְכָל יוֹם מֵעַזֵּי פָנִים וּמֵעַזּוּת פָּנִים, מֵאָדָם רָע, מִיֵּצֶר רָע, מֵחָבֵר רָע, וּמִשָּׁכֵן רָע, וּמִפֶּגַע רָע, מֵעַיִן הָרָע, מִלָּשׁוֹן הָרָע" - און אזוי ווייטער.


מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, ביי די יהי רצון): ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט דאס גרויסקייט פון די תפילה וואלט מען דאס געזאגט מיט גרויס כוונה; מען וואלט דאס געזאגט שטייט, מיט א געבעט צום אייבערשטן ער זאל אפהיטן פון די אלע שלעכטע זאכן וואס ווערן אויסגערעכנט אינעם יהי רצון, דעמאלט וועט מען ווערן אפגעהיטן פון עין הרע און פון אלע פראבלעמען, ווייל תפילה העלפט און טוט מער אויף ווי יעדע אנדערע זאך אויף די וועלט; נישט דא נאך אזא זיכערע עצה און סגולה ווי בעטן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט נאך אן עצה פאר עין הרע (שאלות ותשובות ברסלב, חלק א', מכתב קיב) א גרינגע עצה פטור צו ווערן פון עין הרע; אז יעדן אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זאל מען אויסגיסן זאלץ אויפ'ן שוועל פונעם טיר (דער ערשטער טיר אריין צו קומען פון גאס), דאס איז א סגולה אז קיין שום שלעכטס זאל נישט פאסירן צום מענטש.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט צו דערציילן די הצלחה וואס איר האט פאר אנדערע און זיך נישט ארויסשטעלן פאר אנדערע וכו', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא מב.): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכה געפונט זיך אין א פלאץ וואס מען זעט נישט און מען ווייסט נישט; ווי מער מען ווייסט נישט און מען רעדט נישט - איז דא הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#970 - דארף מען רעדן שיין און זיך באדאנקען פאר די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, עצתו אמונה, בריוו, ברית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדע וואך, איך און מיין ווייב און קינדער ליינען יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה", מיר זענען זיך מחי' דערמיט, און מיר פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן מער בריוו.


איך האב א שטיקל ויכוח מיט מיין ווייב איבער ווען מ'בעט עפעס פון א קינד אויב מ'זאל זאגן "ביטע" און "יישר כח". איך האלט אז ווען עלטערן בעטן עפעס פון א קינד דארף מען נישט בעטן מיט "ביטע" און מ'דארף זיך נישט באדאנקען, אבער מיין ווייב האלט אז יא, וויל איך וויסן וואס דער ריכטיגער וועג איז.


אויך האב איך געוואלט וואונטשן א מזל טוב צום געבורט פון אייער אייניקל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל אידיש נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. איך האב געזען אויף די בילדער פונעם ברית אז איר זענט געווען "קוואטער", האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז דא א ספעציעלער ענין צו זיין קוואטער, און וואס איז דער ענין דערפון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט חיזוק פון די בריוו; דו און דיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די בריוו. וויסן זאלסטו אז דאס וואס שטייט אין די בריוו איז נישט מיינס, אלעס איז גענומען פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש זיין גאנץ לעבן. גלייב מיר, איך וויל אויך שרייבן מער, איך קום פשוט נישט אן צו שרייבן און ענטפערן אויף אלע בריוו וואס ווארטן אויף אן ענטפער.


בנוגע צי מען דארף רעדן שיין צו קינדער וכו'; איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, בפרט ווען זי איז גערעכט מיט'ן רעדן שיין צו די קינדער. מען דארף רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיך שטענדיג באדאנקען און זיכער צו די קינדער, ווייל ווי אזוי מען רעדט צו די קינדער אזוי וועלן זיי רעדן צו אנדערע. קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; אז מען רעדט צו זיי שיין און מען באדאנקט זיך פאר זיי, וועלן זיי אויך רעדן שיין צו אנדערע און זיך באדאנקען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן חז"ל (מדרש תנחומא, וישלח, ז) אויפ'ן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה – בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך אזוי פירן זיך די קינדער.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין ויכוחים. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א פרוי גייט מען נישט אין ויכוחים"; בפרט אין דיין פאל איז זי דאך גערעכט, אודאי דארף מען זיך באדאנקען און שיין רעדן צו זיי.


בנוגע קוואטער וכו'; עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז א לשון פון קטורת (אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן [כריתות ו:] דער לשון פון קטורת איז דָבָר שֶׁ'קוֹטֵר' וְעוֹלֶה), היות א ברית איז אזוי ווי מקטיר זיין קטורת, פון דעם איז דער ווארט קוואטער. עס איז דא וואס זאגן אז קוואט-טער איז א לשון פון כבוד – טיר, אז דער כיבוד איז ביים טיר ווען מען ברענגט אריין דעם קינד. עס זענען פארהאן אסאך סגולות אין דעם, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר קינדער, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר עשירות.


א פרייליכן יום טוב.

#969 - וואס איז יא די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים?
הלכה, חתן, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים.


איך האב געהערט א שיעור ווי איר רעדט זייער שארף קעגן די חתן מדריכים. איך האב געהאט א שטארקע חשק צו ווערן א חתן מדריך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור פאר חתן מדריכים, און אויסלערנען וואס איז יא די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לערנען מיט חתנים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן, האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "איך דארף דאך האבן הדרכה צו וויסן וואס צו לערנען מיט זיי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "איך געב דיר הדרכה, זאלסט לערנען מיט חתנים וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם".


דאס זעלבע איז ביי דיר; אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן זאלסטו מיט זיי לערנען וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם, ווייל אז מען נעמט אראפ פון שלחן ערוך אדער מען לייגט צו - איז דאס גורם אז מען זאל אפלאזן די וועג פון די תורה.


זאלסט נישט לערנען מיט זיי קיין חומרות ופרישות ווייל דאס איז גורם אז מען זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו; דער הייליגער ווילנער גאון זכותו יגן עלינו זאגט: "אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך ווערט מען א פורק עול; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו נאך איין זאך, ווערט פון תרי"ג מצוות תרי"ד - תָּרִיד, דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס שטייט (בראשית כז, מ): 'וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ', אז מען לייגט צו ווערט מען א פורק עול".


ליידער זענען דא חתנים מדריכים וואס לערנען מיט חתנים פאלשע לימודים, מען לערנט אויס עבודות און פרישות וכו', וכו'; דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן זיך צעטיילן, עס ווערן פון דעם גט'ן, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים זאלסטו לערנען מיט זיי די וועג פון די תורה, זאלסט גארנישט צולייגן צום שלחן ערוך, ווייל ביים רבי'ן איז געווען נאר וואס דער שלחן ערוך זאגט, און ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך, ער וויל זיין פרומער פון די תורה - איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני, וואס קודם לייגט מען צו צום ציווי וואס דער אייבערשטער האט געזאגט (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל נישט עסן, און דער נחש האט געשטעלט א פנים ווי א 'פרומער' און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', און דערנאך אראפ געווארפן אדם וחוה, וואס פון דעם איז ארויסקומען אלע שלעכטס.


וואס דארף מען מער ווי זיין א פשוט'ער איד? עס איז דאך אזוי גוט אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט מיט די תורה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#968 - ווי אזוי קען זיך א מלמד שטארקן אין שמירת הזמנים?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע בריוו וואס איך האב באקומען, ווי אזוי מ'שטעלט אוועק א תלמוד תורה, און ווי אזוי מ'דארף מחנך זיין די קינדער.


יעצט וויל איך בעטן חיזוק אויף שמירת הזמנים, איך בין בטבע א פארשלעפטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר ביי די שיעורים איבער די וויכטיגקייט אז א מלמד זאל זיין צייטליך. יעצט האט מען שוין געעפנט ברוך ה' די חדרים דא אין ארץ ישראל, און איך וויל זיך זייער שטארקן צו זיין צייטליך, איך דארף אבער חיזוק און עצות אויף דעם, ווייל דאס איז קעגן מיין נאטור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיין א מלמד איז פון איין זייט זייער א גרויסע זאך, עס איז פון די חשוב'סטע זאכן אויבן אין הימל, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסע אחריות; אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז נישט צייטליך, מען קומט שפעט אדער מען גייט ארויס פון כיתה און מען לאזט די קינדער אויף הפקר - איז דאס א גרויסע עבירה, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא", א מלמד פון קינדער וואס גייט ארויס פון כיתה און לאזט איבער די קינדער, "אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן", אדער ער טוט מיט די קינדער אנדערע זאכן, "אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן", אדער ער לערנט נישט מיט זיי – איז ער אינעם כלל פון: "אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (ירמיה מח, י)".


א מלמד מוז זיין צייטליך; אז דו קענסט נישט האלטן קיין זמנים זאלסטו זיך אפזאגן פון מלמדות. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד (שיחות הר"ן, סימן רמ): "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן די וועלט און יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער, ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין".


נישטא קיין חיזוק פאר דעם, די חיזוק איז: "אדער קומסטו צייטליך, און אז דו קענסט נישט זיין צייטליך זאלסטו זיך זוכן א צווייטע פרנסה"; א מלמד דארף וויסן אז זיין פרנסה איז נישט אבי א פרנסה, ער ארבעט פאר'ן אייבערשטן, ער זיצט מיט נשמות פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער כביכול איז אין כיתה און הערט ווי ער לערנט מיט די קינדער, ער ווארט צו זען ווי דער מלמד רעדט צו די קינדער פון אמונה און פון יראת שמים.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען יארן א מלמד פאר קינדער, די תלמידים זיינע דערציילן אז ווען זיי האבן געלערנט ביי מוהרא"ש האבן די קינדער געשפירט ווי דער אייבערשטער איז אין כיתה, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, מען האט געשפירט דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט אזוי אריין געברענגט אמונה אין די קינדער, מען האט געלערנט און געדאווענט אויפ'ן קול אזוי ווי ווען א גאסט וואלט ווען אריינגעקומען און מען וויל אים ווייזן ווי שיין מען דאווענט און מען לערנט; מען האט געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


א איד דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כיתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; דער איד האט דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפונט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'; אלע קינדער האבן געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


א מלמד דארף אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים, זיי פארציילן מעשיות פון צדיקים; ווען קינדער הערן מעשיות פון צדיקים פלאקערט עס אויף זייער הארץ צו וועלן זיין ערליכע אידן, זיי הייבן אן מקנא זיין די צדיקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; דורכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט קינדער ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו וועלן זיין אן ערליכער איד.


אז דו וועסט האלטן די זמנים, דו וועסט זיין צייטליך און בשעת דו ביסט מיט די קינדער וועסטו אויסנוצן די צייט אריין צו לייגן אין זיי נאך תורה און נאך יראת שמים - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע זכותים, אזוי ווי עס שטייט: "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד (דניאל יב, ג)", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (בבא בתרא ח:): "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", די וואס לערנען תורה מיט אידישע קינדער זענען צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים דער וואס לערנט תורה מיט תלמידים קויפט זיך איין.

#967 - מעג מען הערן די ניגונים פון ר' שלמה קארליבאך?
ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


יישר כח אויף דעם וואס איר נעמט זיך די מיה און ענטפערט שאלות פאר יעדן שואל, וואס איך גלייב אז דאס קאסט אפ אסאך כח. איך האב געוואלט פרעגן אן אינטערסאנטע שאלה וואס שטערט מיר שוין זייער א לאנגע צייט, און וועל זיך פרייען אויב די ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן.


פאר בערך א יאר צוריק בין איך געווען אויף א שבת אין צפת, און איך האב דארט געדאווענט ביי א 'קארליבאך מנין', איך האב געשפירט זייער א דערהויבענעם טעם דארט, איך וויל צולייגן אז עס איז געווען אויסגעהאלטן לויט אלע גדרי ההלכה, און זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן הערן זיינע מעשיות און ניגונים וועלכע האט מיר געטוישט די גאנצע בליק אויף די משמעות פון א איד און פון שבת וכו', איך האב אבער געהאט איין פראבלעם מען האט דאך נישט געהאלטן פון אים?


איך בין געווארן זייער צעמישט, פון איין זייט ווער איך נענטער צום באשעפער, אבער פון די צווייטע זייט איז ער זייער אפגעפרעגט ביי די חרדישע וועלט. א שטיק צייט צוריק האט דער ראש ישיבה דערמאנט ר' שלמה איבער זיין שייכות וואס ער האט געהאט צו מוהרא"ש, און עס האט מיר זייער אויפגעלעבט צו הערן אז איך בין נישט אפגעפרעגט אז איך האב ליב זיינע ניגונים. וואלט איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר מסביר זיין אביסל מער וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער אים און צי מעג מען טאקע הערן זיינע ניגונים, ובפרט אז דער רבי שרייבט אז מען זאל נישט הערן ניגונים פון נישט ערליכע מענטשן.


אגב, איך האב די וואך זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון מוהרא"ש צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, א נסיעה אויף וועלכע איך האב פארברענגט אויף דעם 11 שעה, אזוי אויך האב איך מתפלל געווען פאר'ן ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ער האט אסאך געטון צוריק צו ברענגען אידישע קינדער, זייער אסאך מענטשן האט ער מקרב געווען צום אייבערשטן; אויך פלעגט ער פארטיילן קונטרסים פון מוהרא"ש פאר בחורים און מיידלעך זיי צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן.


איינמאל איז ער געקומען צו א שבע ברכות וואס איז פארגעקומען ביי מוהרא"ש; ביי די סעודה האט מוהרא"ש געזינגען די ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דער ניגון האט מוהרא"ש מחבר געווען ווען ער האט זיך מתבודד געווען אין פעלדער און אין וועלדער; מוהרא"ש האט גע'חזר'ט די ווערטער זייער אסאך מאל, אריין צו נעמען אין זיך אז עס איז גארנישט פארהאן אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן פון קיינעם ווייל אלעס איז דער אייבערשטער; נישט דא קיין דומם, נישט דא קיין צומח, קיין חי און מדבר, אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם באשעפער, דער אייבערשטער האט זיך אויסבאהאלטן אין די וועלט; דעמאלט האט מוהרא"ש מחבר געווען דעם באקאנטן תנועה'לע.


נאכדעם וואס מוהרא"ש האט געענדיגט זינגען דעם ניגון ביי די שבע ברכות האט ער געפרעגט מוהרא"ש צי ער קען מאכן א ניגון אויף די ווערטער און ער האט געמאכט א פרישע תנועה אויף די ווערטער; פון דעמאלט פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זינגען ביידע תנועות.


די סיבה פארוואס מען האט נישט געהאלטן פון אים איז געווען ווייל מען האט נישט געהאלטן פון די וועג ווי אזוי ער פלעגט צוריק ברענגען מענטשן וכו', וכו'; אבער חס ושלום צו זאגן אז ער גייט אריין אין די כלל פון א מנגן רשע. דו קענסט ווייטער הערן זיינע ניגונים.


א פרייליכן יום טוב.

#966 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין בחור צו לערנען און דאווענען?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום כסדר, נאר מיט דעם קען איך זיך שטארקן אין אלע ענינים, ובפרט זיך אן עצה צו געבן מיט די קינדער, א ספעציעלער יישר כח פאר די בריוו ווי אזוי צו מאכן אז מיין טאכטער זאל וועלן זיין צניעות'דיג.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן עטליכע ווערטער פאר מיין 14 יעריגער בחור'ל, וואס האט נישט ליב קיין רוחניות, ער זוכט נישט צו דאווענען און לערנען, ער האט נאר ליב "עקשאן" מיט עולם הזה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט באזארגט אז דיין זון וויל מאכן א לעבן, ער וויל שפילן און האבן פארגעניגן; לאז אים זיך אויסגעבן, דאס איז דער נאטור פון קינדער. קינדער ווילן נישט לערנען; מען דארף מיט חכמה זיי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס מאכן געשמאק און מיט טעם. מען דארף זיי באלוינען מיט גוטע זאכן פאר'ן לערנען און דאווענען, מען דארף זיי אויפהייבן און זיי אויסלויבן ווען מען זעט ביי זיי גוטע זאכן, דאס וועט זיי שלעפן צו טון נאך גוטס.


איך בעט דיר, קוק גוט אויף דיינע קינדער, נאר אזוי וועלן זיי דיר אויסהערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קז:): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחֶה, וִיְמִין מְקַרֶבֶת"; ווען עס קומט מחנך צו זיין קינדער אדער תלמידים, אפילו מען דארף אמאל זאגן מוסר - דארף דאס זיין מיט ליבשאפט, מיט די רעכטע האנט דארף מען זיי מחזק זיין, מען דארף געבן מער חיזוק און מער ליבשאפט, ווי אוועקשטופן.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין זון נרו יאיר.

#965 - ווי אזוי מעג מען ארויסגעבן שיעורים אויף ווידיא?
מאוויס, מוהרא"ש, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א ברכת מזל טוב צום ערשטן אייניקל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך אידיש נחת געזונטערהייט און פרייליכערהייט.


איך בין אן אייניקל פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בין א תלמיד פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים, און לעצטנס האב איך זיך ב"ה צוגעכאפט צום סדר דרך הלימוד, דערווייל נאר מיט גמרא, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' צו ענדיגן מסכת ברכות.


איך האב געוואלט פרעגן, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דאך אזוי אסאך אז מ'זאל נישט קוקן אויף קיין שום קליפס און ווידיאס, ווי אזוי קען זיין אז מ'געבט ארויס די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף קליפס און ווידיאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אן אייניקל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים. עס איז מיר א פארגעניגן צו קענען מחזק זיין אן אייניקל פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וויפיל איך זאל נאר טון, וויפיל איך זאל נאר וועלן טון, וועל איך קיינמאל נישט קענען באצאלן מוהרא"ש זי"ע פאר דאס וואס ער האט מיר געגעבן.


מוהרא"ש האט אויף מיר רחמנות געהאט, "כַּפָּהּ פָּרְשָׂה לֶעָנִי (משלי לא, כ)", זיינע ארעמעס האט ער אויסגעשטרעקט צום ארעמאן, "וְיָדֶיהָ שִׁלְּחָה לָאֶבְיוֹן", זיינע הענט האט ער אויסגעשטרעקט צו מיר; ער האט מיר מקרב געווען צום אייבערשטן, ער האט מיר געוויזן א וועג אין לעבן ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן דעם גן עדן אויף די וועלט.


איך בין געווען א פארלוירענע נשמה, איך האב זיך נישט געקענט געפונען מיין פלאץ אין די וועלט; איך האב פרובירט אזויפיל וועגן, איך בין געגאנגען צו אזויפיל גוטע אידן זיי זאלן מיר זעטיגן מיין הונגעריגע נשמה, אבער איך האב אלץ געשפירט אז עפעס פעלט מיר אין מיין לעבן, איך האב געשפירט אזוי ווי דער בן יחיד פונעם רב (סיפורי מעשיות מעשה ח' – מרב ובן יחיד) וואס פלעגט לערנען און דאווענען אבער ער האט אלץ געשפירט א חסרון, ער האט נישט געהאט קיין טעם אין זיין עבודת השם, עס האט אים געפעלט דעם מאור הגדול. זיין טאטע - דער רבי האט אים נישט געלאזט גיין צום צדיק, ער האט אים אלץ אפגערעדט: "עס פאסט נישט פאר א רבני'ש קינד צו גיין צו אים"; אזוי האב איך אלץ געשפירט, ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר אנטפלעקט דעם הייליגן רבי'ן; איך בין געקומען צו מוהרא"ש און דארט האב איך אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש איז געווען אזוי גרויס, דאך האט ער געעפנט זיין טיר פאר מיר און מיר געלערנט א וועג אין לעבן; אויף דעם איז נישט שייך צוריק צו צאלן, ווי קען מען באצאלן פאר געבן לעבן... איין זאך קען איך טון, איך וועל טון וואס מוהרא"ש האט אונז געבעטן אלע יארן, מיר זאלן פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות, מיר זאלן לערנען מיט אנדערע דאס וואס מיר האבן באקומען, אנדערע זאלן אויך וויסן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט.


מענטשן פרעגן מיר: 'וואס האט דיר געפעלט? וואס האסטו געטראפן ביי מוהרא"ש? צי וואס דארפסטו בכלל ברסלב?' אזעלכע שטארקע שאלות פרעגט מען שטענדיג: 'וואס האסטו באקומען אין היכל הקודש?' די שאלות קען מען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס האט נישט טועם געווען פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות; ווער עס לעבט נישט מיט א צדיק קען נישט פארשטיין וואס מען באקומט און וואס מען שפירט ווען מען קומט צום צדיק. אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין הייליגן רבי'ן דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, האט אים זיין שווער געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב און איבערלאזן די ווייב, יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו געזאגט דעם שווער: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם, דאס האב איך געלערנט ביים הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע, ער האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן".


דאס ענטפער איך פאר אלע וואס פרעגן מיר: "וואס האסטו געלערנט ביי מוהרא"ש זי"ע? וואס האסטו דארט איינגעזען?" ענטפער איך: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", און אז מען פרעגט ווייטער: "אלע ווייסן דאס!" זאג איך זיי: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".


ביי מוהרא"ש האב איך באקומען אן אנדערע בליק אין לעבן; מוהרא"ש האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין פאר אנדערע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן א): "דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים', פרעגט דער רבי וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' אז איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' אז דער אייבערשטער איז גרויס?! זאגט דער רבי: 'כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל', מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליין קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן".


וויפיל מיר וועלן נאר רעדן פון דיין גרויסן זיידן מוהרא"ש זי"ע, האט מען גארנישט אנגעהויבן רעדן פון זיין גרויסקייט; זיין גאנצע לעבן האט ער אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש האט ליב געהאט נאך א איד, עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, דאס האט ער געטון זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען איינער אליין, ער האט קיינעם נישט געהאט; נישט די ווייב, נישט די קינדער - קיינעם, דאך האט ער נישט אפגעלאזט זיין הייליגע ארבעט, נאר מוסיף געווען מער און מער. דערפאר פריי איך זיך צו הערן אז דו האסט א געפיל צו גיין אין די וועגן פון דיין זיידע מוהרא"ש זי"ע, דו ביסט זיך מחזק מיט זיינע ווערטער, מיט זיינע עצות.


מוהרא"ש וואלט אזוי הנאה געהאט צו הערן אז זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן און פרובירן אריין צו ברענגען ביי די אייניקלעך זיי זאלן אננעמען זיינע ווערטער; מוהרא"ש האט זייער מקרב געווען זיינע אייניקלעך.


מזל טוב פאר'ן סיום מסכת ברכות; יעצט הייב אן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין ווייטער און ווייטער ביז דו וועסט זוכה זיין צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות; מוהרא"ש זאגט אז משניות האט אין זיך א ספעציעלע סגולה, עס ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע גליסט צו לערנען נאך און נאך, מען באקומט א שטארקע רייץ צו וועלן לערנען די גאנצע תורה. עס רייצט אן דעם מענטש צו וועלן האבן שיעורים אין כל התורה כולה, זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל משניות.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען מאכן ווידיאוס וכו'; ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. ווידיאוס איז נישט א זאך פאר ערליכע אידן, אפילו קוקן גוטע זאכן איז נישט כדאי, עס ברענגט נישט קיין גוטס; דאס שלעפט דעם מענטש צו קוקן נישט גוטע זאכן, עס פאר'תמ'ם דעם קאפ און שכל; דאס איז נאר א וועג צוריק צו ברענגען די וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן, זיי זענען ביי זיך אזוי צעבראכן - מאכט מען דאס פאר זיי, אבער פאר ערליכע אידן איז זיכער נישט גוט צו קוקן ווידיאוס.


וואויל איז דעם וואס קוקט נישט קיין ווידיאוס און קליפס, ער היט זיינע אויגן, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#964 - מעג מען אנצינדען הויכע מוזיק אין הויף?
שמחה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אויף די בערג אינדרויסן פון שטאט, און איך האב זייער ליב מוזיק. איך האב ליב זיך ארויסצוזעצן מיט מיינע קינדער פון הונטער מיין הויז און אנצינדען דארט זייער הויכע מוזיק. עס שטערט נישט פאר מיינע שכנים, איך האב נאר געוואלט וויסן אויב ס'איז דא א פראבלעם אנצוצינדען הויכע מוזיק אויפ'ן גאס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו זיין פרייליך און הערן מוזיק; אדרבה, עס איז א גוטע זאך עס זאל זיך ארויסהערן פון אידישע הייזער לעבעדיגע פרייליכע מוזיק. אז עס איז דא פרייליכע מוזיק איז גרינגער צו מנצח זיין דעם יצר הרע, אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אז די חכמה פונעם קיסר נאפאליאן - ווי אזוי ער האט איינגענומען אלע מדינות - איז געווען, אז ער האט געברענגט מוזיק אויפ'ן פראנט צווישן די סאלדאטן; זיי פלעגן גיין און מארשירן מיט מוזיק, דאס האט זיי געגעבן די מוט און די שטארקייט צו מנצח זיין אלע גרויסע לענדער.


אזוי פירן זיך אנשי שלומינו, מען האט אין שטוב לעבעדיגע מוזיק און מען צינדט דאס אן הויך, מען טאנצט מיט די משפחה, מען פריידט זיך אז מיר זענען אידישע קינדער און נישט קיין גוים. הגם אין אנדערע מקומות הערט זיך דאס אינטערעסאנט, מען האט נישט געלייגט קיין געוויכט אויף דעם, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן זיך מוסר נפש זיין צו זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


צינד אן ביי דיר אין שטוב און אין חצר פרייליכע ניגונים, צינד עס אן הויך עס זאל מאכן פרייליך און לעבעדיג; אבער נאר פון ערליכע זינגערס, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#963 - ווי אזוי קען זיך שטארקן מכבד צו זיין מיין טאטע?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א צוואנציג יעריגע מיידל. איך בין ברוך ה' געוואויר געווארן פון די עצות פון הייליגן רבי'ן מיט אפאר יאר צוריק, און זייט דעמאלט לעב איך ברוך ה' א הערליך געבענטשט לעבן און איך קען נישט גענוג דאנקן דעם ראש ישיבה פאר דעם.


איך הער אזויפיל אין די שיעורים איבער כיבוד אב ואם. איך פרוביר שטארק עס טאקע מקיים צו זיין, אבער איך מוטשע זיך זייער צו מכבד זיין מיין טאטע ווי עס דארף צו זיין. מיין טאטע ווייסט ליידער נישט פון די אלע עצות און פירט זיך אויף זייער נישט שיין צו מיין מאמע און צו אונז קינדער, ער ארבעט נישט און לערנט נישט, מיין מאמע מוז טראגן די גאנצע עול פון פרנסה און דארף זיך אויך אפגעבן מיט אונזער גרויסע משפחה, און מיין טאטע האט נאר טענות אויף איר און אויף די גאנצע וועלט.


אלס א ברסלב'ע מיידל פיל איך אז איך האב א באזונדערע פליכט אים מכבד צו זיין, און איך פרוביר טאקע די מערסטע וואס איך קען. איך האב אבער לעצטנס געהערט ווי די ראש ישיבה ברענגט פון ספר חרדים אז מען איז מחויב מכבד צו זיין די עלטערן אפילו אין הארצן, און עס האט מיך זייער צובראכן. פון אינדרויסן קען איך זיך ברוך ה' עטוואס צוריק האלטן פון ענטפערן, אבער פון אינעווייניג קאכט זיך מיר קעגן אים. איך וואלט אזוי שטארק געוואלט האבן א געפיהל פון ליבשאפט און כבוד צו מיין טאטע, און איך דאווען טאקע אסאך פאר דעם, אבער ס'זעט אויס אוממעגליך.


אפשר קען מיך דער ראש ישיבה געבן עפעס עצות און חיזוק אויף דעם? אויך וויל איך בעטן פאר א ברכה צו זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בקרוב און אויפשטעלן א שטוב אויפ'ן רבינ'ס וועג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרובירט צו קוקן און צו זוכן גוטע זאכן אויף אייער טאטע, עס איז זיכער דא עפעס גוטס אין אים; אזוי האט דער אייבערשטער אונז באפוילן, מען מוז קוקן גוט אויף עלטערן און חס ושלום אפלאכן און אפשפעטן פון זיי, אפילו שטילערהייט, דאס א גרויסע עבירה. אזוי ווי עס ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, מען איז מזלזל בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן"; אפגערעדט אויב מען פארשעמט עלטערן אדער מען חוצפ'ט זיך צו זיי, דעמאלט איז מען עובר אויף וואס די תורה זאגט (דברים כז, טז): "אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ", פארשאלטן זאל זיין דער וואס שעלט זיינע עלטערן, און דער רמב"ם זאגט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו) אז אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן.


אז איר וועט קוקן מיט א גוט אויג אויף אייער טאטע וועט איר אים מאכן ער זאל טאקע ווערן גוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב): "ווען מען קוקט גוט אויף א צווייטן, מען זוכט עפעס גוטס אין יענעם אפילו יענער זאל זיין א רשע רחמנא לצלן קען מען יענעם מאכן פאר א צדיק", דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים לז, י): "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע", אז מען טרעפט עפעס א קליינע גוטע זאך, וואס מיט די גוטע זאך איז מען נישט קיין רשע, "וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", זעט מען נאכדעם, אז יענער איז מער נישט קיין רשע, יענער ווערט א צדיק.


מישטס אייך נישט אריין אין די רייבערייען וואס פאסירט צווישן אייער טאטע און מאמע; שטייטס אין דער זייט און נעמטס זיך נישט אן פאר קיינעם, איר דארפט זיי ביידע מכבד זיין; דעמאלט וועט איר געבענטשט ווערן מיט אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#962 - ווי אזוי קען איך שלום מאכן מיט מיין ברודער?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורי חיזוק, און אויך מיט די שיעורים אויף ש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אן עצה אויף א זאך וואס שטערט זייער שטארק מיין לעבן. איך האב אן עלטערער ברודער וואס איך בין אמאל געווען זייער גוט מיט אים, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם, למעשה א שטיק צייט צוריק האבן מיר געהאט א סכסוך וועגן געלט זאכן, או דאן האבן מיר זיך צעטיילט, ס'איז געווארן א מחלוקת צווישן אונז, וואס די גאנצע משפחה האט מיטגעהאלטן.


יעצט איז שוין די סיבות בכלל נישט שייך, אבער די שנאה איז געבליבן. כמעט וואס מ'רעדט נישט איינער מיט'ן צווייטן, און ווען יא איז עס זייער קאלט. איך האב פרובירט אפאר מאל צוריקצודרייען אבער ער לאזט זיך נישט, ער טרעפט אלץ א וועג וויאזוי מיך אויפצורעגן אז ס'נעמט נישט קיין עק, איך שפיר איך האלט עס נישט אויס. וויאזוי קען איך מיך איבערבעטן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון דערפון; ווילאנג דו פון דיין זייט קריגסט זיך נישט און דו האסט אים נישט פיינט דארף דיר עס נישט אנגיין.


בוי אויף דיין משפחה און זיי נישט פארנומען מיט אנדערע; זע אז עס זאל נישט זיין צווישן דיר און דיין ווייב קיין פיינטשאפט, דו מיט דיין ווייב לעבט בשלום און אז דיינע ברידער ווילן רעדן מיט דיר איז גוט און אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר איז נאך בעסער, עס זיך נישט אויף פון דעם.


טראכט פון תכלית; ווי לאנג איז מען בכלל דא אויף די וועלט? עס גייט אריבער אפאר יאר און מיר וועלן אלע דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, עס בלייבט נישט איבער נאר דאס ביסל וואס מען לערנט און דאווענט, עס בלייבט איבער דורות וואס מען איז זוכה איבערצולאזן.


אנשטאט רעדן מיט דיינע ברידער רעד מיט דיינע קינדער; דערצייל זיי שיינע מעשיות, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה. אנשטאט רעדן מיט מענטשן רעד צום אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און אלעס פאררעכטן.

#961 - איך וויל אנהויבן לערנען, ווי אזוי הויבט מען אן?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן ארבייטס אינגערמאן, כ'האב נישט צופיל צייט צו לערנען, און איך וואלט זייער שטארק געוואלט אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון מוהרא"ש.


איך פארשטיי אבער נישט פונקטליך ווי אזוי דאס ארבעט, דארף מען קודם ענדיגן גאנץ משניות, אדער קודם יעדע מסכתא 101 מאל? און דאס איז מסכתות פון משניות אדער פון גמרא?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מסביר זיין און קלאר שטעלן ווי עס ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן מיט משניות; גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא, נאכדעם זאלסטו גיין צום צווייטן מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים. נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה; ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל אויף דעם אופן, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן דעם משניות, דאס וועט אריין ברענגען אין דיר א גליסטעניש צו די הייליגע תורה, דו וועסט וועלן לערנען נאך און נאך.


אויך זאלסטו זיך מאכן יעדן טאג א שיעור צו לערנען גמרא; הייב אן מסכת ברכות און גיי כסדרן א בלאט נאך א בלאט. קוק נישט אויף דעם אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין, דאס וועט פארשניידן אלע קליפות ומשחיתים; צדיקים טייטשן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא", "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו וועסט לערנען גמרא, דעמאלט: "זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא" – דאס איז א לשון פון: 'לְזַמֵּר אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", אז מען זאגט גמרא פארשניידט מען אלע שלעכטס.


אפילו דו פארגעסט, דו געדענקסט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זאלסטו ווייטער גיין אין א רייע איין בלאט נאכן צווייטן; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן די היייליגע גמרא. דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, עס וועט דיר רייך מאכן.


דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז): עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, איינמאל האט איינער געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, שפעטער האט ער געזען ווי דער חבר האט געטון א גרויסע עבירה האט ער זיך אפגעשאקלט פון אים און זיי האבן זיך צעטיילט. נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הייבט אן מצליח זיין, אבער ער זעלבסט איז געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפ'ן אייבערשטן: 'איך ווייס דאך אז יענער האט געטון א גרויסע עבירה, פארוואס גייט אים אזוי גוט? ער איז מצליח, ער איז א גרויסער עשיר', איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייט א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גרידער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט און אים געזאגט: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין אלטער חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה ווייל "מעות" איז ראשי תיבות וְ'אֵין עֲ'בֵירָה מְ'כַבֶּה תּ'וֹרָה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.


איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס דעמאלט קענסטו אנהייבן א שיעור אויף דעם וועג פון איין מסכתא הונדערט און איין מאל; דאס ווענדט זיך אינעם מענטש, עס זענען דא וואס הייבן אן נאכאמאל ש"ס כסדרן און ווען זיי זענען מסיים הייבן זיי אן נאכאמאל און אזוי ווייטער, נאכדעם זענען דא וואס נעמען איין מסכתא און זיי גייען דאס איבער הונדערט און איין מאל, דאס ווענדט זיך לויט יעדן מענטש.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער לערנט די הייליגע תורה - דער דארף שוין קיינעם, אזוי ווי דער רבי האט איינעם געפרעגט (שיחות הר"ן, סימן יז): "פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען?!" און דער רבי האט אים געזאגט: "איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#960 - ווי אזוי דערשרעק איך זיך נישט פון די וואס לאכן אפ פון ברסלב?
חסידות ברסלב, מחלוקת, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער ליבאוויטשער בחור, איך האב געטראפן א קונטרס פון מוהרא"ש, און איך האב עס זייער ליב געהאט און איך האב אנגעהויבן לערנען מער און מער ברסלב'ע ספרים.


אבער אין ליבאוויטש איז מען זייער קעגן ברסלב, מיין טאטע איז געווארן זייער ברוגז אויף מיר אז איך לערן ברסלב'ע ספרים, אויך וויל איך זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער מיינע חברים וועלן מיינען אז איך בין משוגע געווארן. וואס זאל איך טון?


אויך וויל איך וויסן וועלכע ברסלב'ע ספרים איז גוט אנצוהויבן לערנען צום ערשט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס וואונדערט מיר אויף די שקרים וואס דו שרייבסט אז חב"ד איז אנטקעגן ברסלב; ווי קען מען זאגן אזא אפענע ליגנט, ווען חב"ד און ברסלב האבן אלע יארן געלעבט מיט א שטארקע ליבשאפט. אנגעהויבן ביים הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "ווער עס קריגט אויפ'ן רבי'ן איז אזוי ווי ער קריגט אויף מיר"; דאס איז געווען ווען עס האט אנגעהויבן ברענען די פייער פון מחלוקת אנטקעגן דעם רבי'ן, האט דער הייליגער בעל התניא זיך זייער אנגענומען.


אזוי אויך קען מען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער רבי האט ליב געהאט דעם הייליגן בעל התניא זי"ע, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון ארץ ישראל נאך א שווערע לאנגע נסיעה איז דער רבי גלייך געפארן צום הייליגן בעל התניא. מען קען זיך נישט פארשטעלן די יסורים וואס איז אריבער אויפ'ן רבי'ן ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, ענדליך ווען ער איז צוריק געקומען איז ער נישט אהיים צו זיך, נאר קודם געפארן צום הייליגן בעל התניא; ווי אזוי קענסטו זאגן אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם?!


דער הייליגער בעל התניא איז אמאל געקומען צום רבי'ן אויף שבת, דער רבי האט אים זייער מכבד געווען און דער רבי האט געהייסן אלע אנשי שלומינו זאלן אים שטארק מכבד זיין. עס איז דא אזויפיל מעשיות צו דערציילן פון די ליבשאפט וואס די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט איינער צום צווייטן, דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי דו קענסט זאגן אז די צוויי חסידות'ן גייען נישט אינאיינעם.


ווער האט נאך כח צו מחלוקת? וואס דארף מען מחלוקת? אלע צדיקים זענען קדושים וטהורים, אלע פון זיי ווייזן אונז א וועג ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי צו זיין נאנט צום אייבערשטן; איז דאך נאריש צו רעדן און אוועק מאכן איינער דעם צווייטן. מיר אלע האבן איין באשעפער וועמען מיר דארפן דינען, אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער פון ליקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכלנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו האסט חיות פון רבינ'ס ספרים; פארוואס דארפסטו זיך רייצן? אויך פאר דיין משפחה דארפסטו נישט דערציילן, אזוי וועסטו איינשפארן מחלוקת און קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#959 - אפשר דאס וואס כ'האב געטשעפעט איינעם, שאדט פאר מיין שידוך?
שידוכים, סגולות, מדות טובות, תפלות אויף אידיש, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך בין א 19 יעריגער בחור, דערווייל איז נאכנישט אנגעקומען מיין שידוך, און איך האב מורא אז דאס קומט פון אן הקפדה פון איינעם.


בערך א יאר צוריק האב איך זיך אונטערהאלטן אויף א בחור'ס חשבון, און ער איז פארשעמט געווארן אין פארנט פון עטליכע בחורים, ס'איז נישט געווען ממש ברבים, אבער ס'איז געווען דארט מענטשן וואס האבן דאס מיטגעהאלטן. איך האב אים איבערגעבעטן, כ'האב אים אויך געקויפט א טשאקאלאדע אים איבערצובעטן, און איך יעצט גוט מיט אים, אבער איך האב נאך א שולד געפיל פון דעם.


אויך אלס קינד האב איך געשטערט מיינע מלמדים, דאס איז געווען ווען איך בין געווען 8 יאר אלט.


וואס קען איך טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן און זיכער נישט יענעם פארשעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין אֶת פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א צווייטן וועט נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא; אזוי הארב איז פארשעמען א צווייטן. א שאד מען רעדט נישט צו קינדער אסאך פון די הארבקייט פון וויי טון א צווייטן.


אז מען האט איינעם פארשעמט, מען האט איינעם וויי געטון - דארף מען יענעם מפייס זיין, מען דארף איבער בעטן און זיך פארנעמען מער דאס נישט צו טון; אויב מען בעט יענעם איבער און מען איז מוחל דעמאלט איז מען יא א בן עולם הבא.


אז דו האסט יענעם איבערגעבעטן און ער האט דיר מוחל געווען, דארפסטו נישט זיין באזארגט. דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען בעט יענעם איבער און מען האט חרטה אויף וואס מען האט געטון.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר זייער שווער צו זיין אליין, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#958 - וויפיל מעג מען אראפנעמען פון צדקה געלט פאר זיך?
פרנסה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום ב"ה אסאך חיזוק פון די דרשות און שיעורים, א גרויסן יישר כח


איך וויל וויסן ווען איך גיי נאך געלט, וויפיל מעג איך אראפנעמען פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אראפ נעמען פארוואס? אראפנעמען פארוועם? - פאר ציגרעטלעך? צו קויפן א טעלעפאן? ווער האט דיר געזאגט אז מען מעג אראפנעמען געלט פאר זיך ווען מען גייט נאך געלט?! געלט וואס מען נעמט צאם פאר צדקה דארף יעדע פרוטה גיין פאר די צדקה צוועק.


חס ושלום צו גיין נאך געלט און איינרעדן מענטשן אז מען נעמט צאם פאר א צדקה צוועק - ווען מען נעמט דאס געלט פאר זיך; עס איז זייער א גרויסע סכנה אויב מען רעדט איין מענטשן אז מען נעמט צאם געלט פאר צדקה ווען דאס איז נישט אמת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט) אז אויב מען גייט נאך געלט, מען רעדט איין מענטשן אז מען איז קראנק און מען דארף געלט זיך אויסצוהיילן, וועט דער סוף זיין אז מען וועט ווערן קראנק רחמנא לצלן; וואס מיינסטו צו פרעגן אראפנעמען געלט פאר זיך?


אך און וויי פאר די בחורים וואס גייען נאך געלט, זיי זאגן הכנסת כלה, ארעמע משפחות אדער א נאמען פון א ישיבה - ווען זיי געבן נישט דאס געלט פאר צדקה, זיי קויפן זיך מיט דעם ציגרעטלעך אדער טעלעפאונס; מען באקומט אויף דעם זייער א גרויסע שטראף. אויסער אז מען האט נישט קיין געלט, דאן מען מעג זיך מפרנס זיין פון צדקה, דעמאלט מעג מען צאמנעמען געלט צו קענען לעבן, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אז דער וואס האט נישט קיין געלט מעג נעמען פון צדקה; דאס איז עפעס אנדערש.

#957 - ווי אזוי באהערשט מען זיך, נישט צו ווערן אין כעס?
אמונה, משפחה, בחור, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, און איך שיק עס אויך פאר מיינע חברים וואס זענען זיך מחי' דערמיט, איך האב ב"ה אנגעהויבן פיל מער צו לערנען דורך די שיעורים.


איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס. ווען איך בין ישיבה קומט מיר קיינמאל נישט אויס זיך אויפצורעגן אויף איינעם, ווען איך קום אבער אהיים ווער איך זייער נערוועז פון מיינע ברידער און שוועסטער וואס דרייען איבער די הויז, בפרט יעצט אין די קאראנע צייטן ווען יעדער איז אינדערהיים, קען איך ממש ארויסגיין פון כלים פון מיינע געשוויסטער, איך גיי אריין אין געפערליכע כעס און כ'האב שוין אפילו צעריסן זאכן פון גרויס כעס.


איך וויל זייער שטארק זיך קענען באהערשן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרוביר די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. ווען מען ווערט בכעס איז א סימן אז די אמונה איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווייל דער וואס האט אמונה, ער לעבט מיט אמונה און ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן נאר פונעם אייבערשטן איז דאך נישט שייך זיך צו רעגן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי ער וויל. דעריבער זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (עירובין סה.): "אָמַר רַבִּי אִילָעאִי בִּשְׁלשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכוֹסוֹ בְּכִיסוֹ וּבְכַעְסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש אויב ער איז אן ערליכער איד ביי דריי פעלער, איינע פון די פעלער איז "בְּכַעְסוֹ", אזוי ווי רש"י זאגט (שם): "שֶׁאֵינוֹ קַפְּדָן יוֹתֵר מִדַּאי", דער וואס איז נישט מקפיד ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל; דאס איז א סימן אז דער מענטש לעבט מיט אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס.


פאלג דעם רבי'ן, הייב אן לעבן מיט התבודדות; אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן און מען רעדט צום אייבערשטן וואו מען גייט און וואו מען שטייט, דעמאלט געדענקט מען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט; מען רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער. און אודאי און אודאי האט מען א ריינעם דיבור; מען שעלט נישט ווען עפעס אומאנגענעם פאסירט.


א מענטש וואס שעלט קללות איז א סימן אז ער האט נישט קיין אמונה, ער לעבט נישט מיטן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א'): "אָדָם הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת, הוּא מֵעוֹלָם הַתּוֹהוּ", איינער וואס איז צוגעוואוינט צו שעלטן דער איז אין עולם התוהו, ער לעבט אן אמונה, ביי אים איז אלעס תוהו ובוהו. און אזוי אויך פארקערט: "הָרָגִיל בִּבְרָכָה, הוּא מֵעוֹלָם הַתִּקּוּן", ווער עס בענטשט יעדן איינעם, דער איז אין עולם התיקון; ביי אים איז אלעס פארראכטן, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, קיינער קען אים נישט שעדיגן און קיינער קען אים גארנישט צונעמען, דערפאר קען ער בענטשן יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#956 - זאל איך צוריק גיין וואוינען קיין ארץ ישראל?
חינוך הילדים, שלום, פרנסה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק אין אמונה, התבודדות, דרך הלימוד, און נאך, דאס האט מיר ממש געגעבן א נייעם לעבן.


איך קום פון א קליינע קהלה אין אייראפע, און איך האב חתונה געהאט קיין ארץ ישראל פאר 13 יאר צוריק. פאר די ערשטע 7 יאר האבן מיר געוואוינט אין ארץ ישראל, איך האב אבער זיך געקענט צוגעוואוינען צו די ארטיגע לעבן, איך קום פון א רואיגע שטילע פלאץ, און דארט איז מיר געווען זייער אנגעצויגן, אויך האב איך זיך נישט מסדר געווען מיט א געהעריגע שול און רב, מיין ווייב האט דארט אביסל געארבעט אבער מיר האבן זיך זייער געמוטשעט מיט פרנסה, און דערפאר האב איך אלץ געוואלט צוריק גיין קיין אייראפע.


למעשה זענען מיר טאקע צוריק געקומען קיין אייראפע צו מיין היימשטאט, און מיר וואוינען שוין דא די לעצטע 6 יאר, איך האב געעפנט א ביזנעס, מיר האבן ב"ה ליכטיגע קינדערלעך, און ס'איז געווען זייער גוט ביז יעצט.


מיין ווייב האט זיך אבער נישט געקענט צוגעוואוינען צו די היזיגע לעבן, און זי וויל זייער שטארק צוריקגיין קיין ארץ ישראל. בפרט לעצטנס ווען מיין פרנסה האט אנגעהויבן הינקען, די ביזנעס גייט נישט אזוי גוט אין די לעצטע חדשים, ביז יעצט ווען דעם חודש האב איך שוין נישט געהאט קיין געלט צו צאלן מיין דירה און שכר לימוד.


מיין ווייב זאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז ס'איז צייט צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, מיין יונגסטע קינד ווערט שוין 4 יאר און זי זאגט אז דארט וועט זי שוין קענען אנהויבן געהעריג ארבעטן, און אפשר וועל איך קענען פון דארט ווייטער פירן די היזיגע ביזנעס, כאטש וואס ס'איז נישט אזוי גרינג. אויך זאגט זי אז דארט איז דאס לעבן ביליגער, מיר האבן דארט אן אייגענע דירה און מיר דארפן נישט צאלן קיין דירה געלט, און שכר לימוד איז אויך ביליגער דארט.


איך האב אבער זייער ליב דא צו זיין, איך מיין אויך אז די חינוך פאר די קינדער איז דא בעסער, און איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, וואס ס'וועט זיין בעסער פאר אונז. איך האב געמאכט אסאך התבודדות אויף דעם, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון, און ס'איז מיר אויסגעקומען אז איך זאל שרייבן דעם בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן וועל איך טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל שטארק צוריק גיין קיין ארץ ישראל און זי איז גרייט דיר צו העלפן וכו' דארפט איר זארגן פאר א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, א פלאץ פאר אייערע קינדער זיי זאלן קענען אויסוואקסן געזונט און ערליך, און אויב אייערע קינדער ווערן אנגענומען אין אן ערליכע מוסד זאלט איר צוריק גיין קיין ארץ ישראל און איר וועט האבן גרויס הצלחה.


בנוגע פרנסה וכו'; וויסן זאלסטו, אז ווען מען איז מסופק וואו מען זאל וואוינען וכו' איז פרנסה נישט די זאך אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר וואס א איד דארפט קוקן איז אויף איין זאך: "אויף די חינוך הבנים והבנות"; ווען מען זוכט א פלאץ וואו צו וואוינען איז חינוך הבנים והבנות די וויכטיגסטע זאך; פרנסה געבט דער אייבערשטער וואו אימער מען וואוינט און וואו אימער מען געפונט זיך, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעם אייבערשטנס האנט וואס געבט פרנסה קומט אן נאר קיין אייראפע; עס איז דא גענוג און נאך פרנסה אין ארץ ישראל און עס זענען דא גענוג מענטשן וואס מוטשען זיך אויף פרנסה אין אייראפע, דער אייבערשטער שפייזט יעדן איינעם, ער געבט פרנסה פאר יעדן איינעם; א איד דארף קוקן אויף זיינע קינדער, די קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיי וועלן אויפוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער זאלט איר זיך נאכפרעגן אויף א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, און אז זיי נעמען אריין אייערע קינדער איז גוט פאר ענק צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, בפרט אז איר האט דאך א דירה דארט. און אז דיין ווייב וועט זיין פרייליך פון דעם, זי וועט הנאה האבן צו זיין אין ארץ ישראל וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#955 - ווי אזוי זאל איך געבן די צדקה פאר מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, פרנסה, חברים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר ממש געבן לעבן, אזוי ווי א טויטער מענטש וועט קיינמאל נישט קענען גענוג באדאנקען פאר דעם וואס האט אים מחי' מתים געווען. אין בין שוין טאקע אין די צוואנציגער יארן, אבער איך האב אנגעהויבן באמת צו לעבן ערשט לעצטנס ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די שיעורים.


מיין טאטע איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג און לערנט, ער האט גארנישט אין לעבן אויסער תורה. איך האב זיך איינגעפירט אז איך געב יעדן חודש מיין מעשר און חומש פאר מיין טאטע, איך לייג עס אריין גלייך אין זיין באנק אקאונט (חשבון), איינער האט מיר אבער לעצטנס מעורר געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל מיין טאטע קען זיך שעמען אז זיין זון געבט אים געלט יעדן חודש, נאר איך זאל ענדערש געבן דאס געלט פאר א צדקה קאסע, און דורך זיי זאל עס אנקומען צו מיין טאטע, ס'זאל נישט גיין דירעקט פון מיר צו אים.


איך טראכט אבער אז אויב וועט ער זען ווי איך הער אויף אים צו געבן דאס געלט יעדן חודש ווי צוגעוואוינט, וועט עס אים מער וויי טון ווי ווען ער באקומט דאס געלט דירעקט פון מיר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז, וואס דארפסטו דערציילן פאר אנדערע וואס דו טוסט? ווי קומט דאס אז א צווייטער זאל בכלל וויסן אז דו געבסט דיין צדקה פאר דיין טאטע - מיט אלע איינצעלהייטן אז דו געבסט עס אין זיין באנק וכו', וכו'? אז דו געבסט צדקה פאר דיין טאטע דארפסטו דאס נישט מיט קיינעם מיטטיילן; דאס איז צווישן דיר אינעם באשעפער, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות.


בכללל איז גוט צו וויסן וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן א געשעפט אז זיי זאלן קיינמאל נישט דערציילן פאר קיינעם וויפיל מען פארדינט און וויפיל געלט מען האט אוועקגעלייגט וכו', וכו'. ווען אנדערע האלטן מיט די חשבונות קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח:): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכות קומען נאר ווען קיינער ווייסט נישט וויפל מען פארדינט.


זיי ממשיך מיט די צדקה, דוקא אויף דעם וועג וואס דו פלעגסט געבן ביז אהער; אין דעם זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם נאר צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ישועה, סימן יג): "עַל יְדֵי צְדָקָה תִּזְכֶּה, שֶׁלֹּא תִּצְטָרֵךְ לִישׁוּעַת אָדָם", ווער עס געבט צדקה ווערט געבענטש אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#954 - מעג מען האלטן בעלי חיים אין שטוב?
שאלות, בעלי חיים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך וויל וויסן וואס דער רבי האט געהאלטן איבער האבן באשעפענישן אינדערהיים, נישט צו האדעווען, נאר זיך שפילן און פארברענגען דערמיט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זעלבע שאלה פרעגט מען אן מוהרא"ש אין שאלות ותשובות ברסלב (שו"ת ברסלב, חלק ו', מכתב תרנא) אויב מען מעג האדאווען בעלי חיים אין שטוב און מוהרא"ש ענטפערט: "צְרִיכִים מְּאֹד לִשְׁמוֹר לֹא לְגַדֵּל שׁוּם בַּעֲלֵי חַיִּים בְּתוֹךְ הַבַּיִת", מען דארף זיך זייער היטן פון האדעווען בעלי חיים אין שטוב, "כִּי זֶה גוֹרֵם לְהַרְבֵּה צָרוֹת בְּגַשְׁמִיּוּת וּבְרוּחָנִיוּת", ווייל דאס ברענגט אסאך צרות סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, "וּבִפְרָט מִי שֶּׁלֹא נִזְהָר לְהַאֲכִילָם בַּזְּמַן וְכוּ', וְהוּא לֹא שָׂם לֵב עַל זֶה אֲפִלּוּ וְכוּ', עַל זֶה מְקַבְּלִים עוֹנֶשׁ מְאֹד מְאֹד גָּדוֹל", ווער רעדט נאך אויב מען פארגעסט זיי צו געבן עסן אין צייט, מען כאפט זיך נישט, אויף דעם באקומט מען זייער א גרויסע שטראף, דעריבער - זאגט מוהרא"ש: "וְלָכֵן לָמָּה צְרִיכִים לְהִכָּנֵס בְּסַכָּנָה הַזּוֹ", וואס פעלט אויס זיך אריין צו לייגן אין אזא סכנה?


מוהרא"ש ברענגט אינעם בריוו א מעשה וואס האט פאסירט אין די צייטן פונעם הייליגן אריז"ל, א פארפאלק זענען געקומען צום אריז"ל בעטן א ברכה אויף קינדער, האט דער הייליגער אריז"ל זיי געזאגט: "דאס וואס איר האט נישט קיין קינדער, דאס קומט אלץ שטראף ווייל איר האדאוועט הינער און איינמאל האט איר גענומען די לייטער וואס די הינער נוצן אריין צו גיין אין זייער שטייג, איר האט דאס אוועקגענומען פאר אייערע געברויכן און איר האט פארגעסן דאס צוריק צו לייגן, דעריבער זענט איר געשטראפט אז איר האט נישט קיין קינדער".


מוהרא"ש שרייבט ווייטער דעריבער דארף מען זיך זייער היטן נישט צו האדעווען קיין שום בעל חי, ווער רעדט נאך פון האבן א הונט אין שטוב, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (שבת סג.): "כָּל הַמְּגַדֵּל כֶּלֶב רַע בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ מוֹנֵעַ חֶסֶד מִתּוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס האלט א הונט אין שטוב האלט צוריק חסד פון זיין שטוב.


דעריבער איז נישט כדאי צו האדעווען קיין שום בעל חי אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#953 - פארוואס רעדט איר קעגן די ערליכע בתי חינוך?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים, סקול, חברים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין פילע יארן וואס איך פיר א בית חינוך לבנות וואס פירט זיך ברוך ה' על דרך ישראל סבא, פון וואו עס זענען שוין ארויסגעגאנגען טויזענטער ערליכע אידישע מאמעס, וואס האבן ווייטער איבערגעגעבן פאר זייערע דורות די חינוך וואס זיי האבן באקומען אין אונזער שולע.


איך האב אסאך געהערט פון אייך, עס איז מיר אבער קיינמאל נישט אויסגעקומען צו הערן אייערע שעורים. פאריגע וואך האט מיר איינער געגעבן צו הערן א שטיקל פון א שיעור ווי איר האקט זייער קעגן די חינוך וואס מען געבט פאר די מיידלעך, איר זאגט אז די מיידלעך ווילן נישט יעצט חתונה האבן אין די קאראנע צייטן ווייל מ'קען נישט מאכן קיין געהעריגע טייערע שמחות, און איר זאגט אז דאס איז א רעזולטאט פון די שלעכטע חינוך וואס מ'געבט זיי אין די בתי חינוך.


עס איז מיר געווען זייער א שטארקע איבעראשונג צו הערן ווי איר רעדט קעגן בתי חינוך וואס מען האט אויפגעשטעלט און עס פירט זיך בדרך ישראל סבא, מען לערנט מיידלעך צו גיין בצניעות, מען לערנט מיידלעך זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות, ווי אזוי קען מען זאגן דערויף אז דאס איז נישט א גוטע חינוך?


איך וואלט אייך נישט געשריבן, היות יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, און בדרך כלל מישט מען זיך נישט אינעם צווייטנ'ס דרך, אבער היות איך ווייס אז עס זענען פארהאן תלמידות און לערערינס ביי אונזער מוסד וואס הערן אויס אייערע שיעורים און דאס קען מאכן אז עס זאל האבן א שלעכטע ווירקונג אויף די וועג ווי אזוי זיי קוקן אן די מוסדות החינוך וואס מען ערציעט זיי, דערפאר וויל איך דאס פארשטיין.


יישר כח, א מנהל פון א בית חינוך לבנות

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט אין די צייט וואס די רעגירונג לאזט נישט מאכן קיין גרויסע חתונות ווייל מען טאר זיך נישט צוזאמקומען אסאך מענטשן אין איין פלאץ, שטעלט זיך אויס אז די אלע וואס מאכן חתונה אין די יעצטיגע טעג קענען דאס נישט מאכן אין גרויסע זאלן, נאר זיי דארפן דאס מאכן אויף א באשיידענעם וועג, אזוי ווי מען האט חתונה געהאט במשך אלע דורות.


דאס האט געברענגט א גרויסע פראבלעם ביי זייער אסאך משפחות, אז די מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט א כלה ווערן, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע לחיים, אויף די רייכע תנאים און פארשטייט זיך אויף די חתונה נאכט, די שבע ברכות און אזוי ווייטער. נאך א פראבלעם איז דא מיט די וואס זענען שוין כלות און זיי האבן געהאט פלענער פאר שיינע גרויסע רייכע חתונות אז זיי זיצן יעצט און וויינען אז זיי ווילן נישט גיין צו די חתונה, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע שיינע רייכע חתונה, זיי ווילן דאס ענדערש אפשטופן, אבי די חתונה זאל זיין אין א זאל מיט אלע צוגעהערן.


יעצט ווערט נתגלה פאר אלעמען ווי ליידיג און לער מיידלעך וואקסן אויף דורכאויס זייערע יארן אין סקול, יעצט ווערט אנטפלעקט אז זיי וואקסן אויף נישט האבנדיג קיין אנונג וואס דאס לעבן איז; אז מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט חתונה האבן, ווייזט דאס אז זיי ווייסן נישט וואס דאס לעבן איז, ווייל די גאנצע פרייליכקייט פון חתונה האבן איז נישט די חתונה אליינס, נאר די חבר'טעס, די זאל, די מוזיק, די בלומען און די טייערע כלה קלייד וכו' וכו', דאס איז נישט א חינוך פון דרך ישראל סבא, דאס איז נישט קיין חינוך פון אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


ווען עס וואלט געווען וואר וואס דו שרייבסט, אז די מיידלעך באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא וואלטן די מיידלעך געזאגט פאר די עלטערן: מיר ווילן גארנישט, מיר דארפן גארנישט, מיר ווילן נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט, נישט שטיין און אויסגעבן טויזנטער דאללער פאר נארישע כבוד; מענטשן ווערן קראנק פון חתונה מאכן די קינדער, פאר נישטיגע פאר שעה שווענדט מען אוועק צענדליגער טויזנטער דאללער, פאר נישטיגע פאר שעה ווערט מען א בעל חוב; פון ווען מען מאכט דעם שידוך ביז'ן לחיים, תנאים - איז מען שוין א בעל חוב פון צען טויזנט דאללער אויב נישט מער, יעדן טאג וואס מען האט א חתן כלה אין שטוב קאסט עס אפ פאר'ן מענטש טויזנטער דאללער; פארוועם? פארוואס? פאר די מיידל וואס ווייסט נישט וואס לעבן איז? די מיידלעך וואלטן ווען געדארפט באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא, מען וואלט זיי געדארפט לערנען זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות; מען זאל חוזק מאכן פון גיין אנגעטון טייער, די מיידלעך זאלן זיך שעמען צו קויפן א כלה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר די פאר שעה פון די חתונה; מען וואלט געדארפט אריין לייגן אין זיי א חוזק, אפשפעטן פון לעבן פאר א צווייטן. דאס איז דרך ישראל סבא, דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


וואס טראכסטו, ווער איז שולדיג אין די טייערע שמחות? ווער איז שולדיג אז עלטערן ווערן צובלוטיגט ווען עס קומט צו מאכן שמחות? אנשטאט זיך פרייען בשעת א שמחה, אנשטאט הנאה צו האבן יעדע רגע פון די שמחה דארף מען זוכן וואו און פון וועם צו בארגן געלט, מען ווערט אלט און שוואך ביז עס טרעט צו צום געזונט; ווער איז שולדיג אין דעם? נאר די סקול'ס! מען לערנט נישט מיט די מיידלעך וואס דאס לעבן איז, מען לערנט מיט זיי טיפע לימודים וואס זיי דארפן בכלל נישט וויסן און נישט קענען, מען מאכט זיי משוגע מיט זאכן וואס וועט זיי גארנישט העלפן אין לעבן; דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


איך פרעג דיר, ווער איז שולדיג אז אינגעלייט קענען נישט לעבן? טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים, זיי ווילן לערנען נאך די חתונה, זיי ווילן לעבן א פשוט'ע לעבן - ווערן בעלי חובות ווען די ווייבער קויפן טייערע קליידער פאר זיך און פאר די קינדער, אלץ פאר יענעם, אלץ פאר די חבר'טעס פון סקול; דאס איז דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו קענען ברענגען פרנסה ווערן פארקלעמט, זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות ווען זייערע ווייבער האלטן אין איין קויפן טייערע חפצים, טייערע קינדער וועגעלעך (קערידזש) וכדומה. דאס גאנצע לעבן איז פאר חבר'טעס; ווער איז שולדיג אין דעם אויב נישט די חינוך? וואס באקומט א מיידל אלע אירע יארן אין סקול? וואס נעמט זי מיט אויף נאך איר חתונה פון אלע יארן סקול? דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אז מען רעדט שוין פון סקול'ס דארף מען אויך רעדן איבער ווער עס איז שולדיג אז יעדע צווייטע מיידל און ווייבל דארפן גיין צו טערעפיסטן זיך היילן, אויב נישט די סקולס וואס לייגן א שרעקליכע לחץ אויף די קינדער; מען פארלאנגט פון די מיידלעך זיי זאלן לערנען און זיך פארהערן סיי ענגליש און סיי אידיש, די קינדער קענען נישט נעמען די דרוק, און אויב זיי קענען נישט די בחינות ווערן זיי פארשעמט; דאס איז דרך ישראל סבא? אויב א מיידל האט א שארפע פארשטאנד איז זי א מצוינת און אויב א מיידל פארשטייט נישט וואס מען לערנט ווערט זי פון די שוואכע און זי דארף שוין האבן הילף - דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אנשטאט אויסלערנען מיידלעך זאלן העלפן אין שטוב, זיי זאלן זיך אויסלערנען ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב, זיי לאזן העלפן די מאמע, די באבע - שיקט מען זיי אהיים מיט היים ארבעט ביז אין די שפעטע שעות, דאס איז א חינוך פון דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות? דאס איז געווען די מטרה פון אונזערע צדיקים ווען זיי האבן געפענט די סקול'ס?


ווער ווייסט אויב די גאנצע פרשה פון פארמאכן די מיידל סקול'ס איז נישט פון די טרערן פון אידישע מאמעס וואס וויינען אויף דעם וואס מען פייניגט זייערע קינדער אין סקול'ס; מיידלעך וואס דארפן גארנישט וויסן פאר'ן לעבן, מאכט מען זיי צעדרייט מיט לערנען טיפע חכמות וואס קיינער דארף עס נישט האבן. זיי דארפן איין זאך וויסן, אז זיי זענען ווערד, זיי זענען חשוב און דער אייבערשטער האט זי ליב - זיי זאלן קענען אויפציען א אידישע שטוב, נעמט מען דאס אויך אוועק פון זיי.


חינוך פון דרך ישראל סבא איז אויסלערנען קינדער נישט אויסצוגעבן געלט, נישט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס דאס גאנצע חן דערפון איז אז עס טראגט א טייערע נאמען פון א קאמפאני; דער פראבלעם איז אז די טיטשער אליינס האלט נישט ביי דעם, קען זי דאס נישט אריין ברענגען צווישן אירע תלמידות. הלואי זאל זיין אזוי ווי דו שרייבסט, אז דו לערנסט מען זאל אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.

#952 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
חינוך הילדים, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.

#951 - וואו שטייט די הארבקייט פון די עבירה פון פגם הברית?
קדושה, תשובה, עבירות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ביי די שיעורים איבער די הארבקייט פון פוגם זיין בברית, וויל איך וויסן וואו שטייט אין די תורה דער איסור פון הוצאת זרע לבטלה? וואו שטייט אין שלחן ערוך אז דאס איז די הארבסטע עבירה אין די תורה?


עס איז מיר זייער שווער זיך צו היטן, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אנצייגן מקורות איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מחבר פסק'נט (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען טאר נישט זינדיגן אין די עבירה פון פגם הברית, "וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אין די תורה, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", דאס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס איז געווען דער חטא פון ער ואונן, זיי האבן געזינדיגט אין די עבירה, ביז דער אייבערשטער האט זיי גע'הרג'ט, אזוי ווי די תורה זאגט (בראשית מו, יב): "וַיָּמָת עֵר וְאוֹנָן בְּאֶרֶץ כְּנַעַן", דער אייבערשטער האט גע'הרג'עט עֵר וְאוֹנָן ווייל זיי האבן געזינדיגט אין די עבירה.


געב זיך אכטונג ווייל דער סוף פון די עבירה איז זייער ביטער, מען ווערט אינגאנצן משוגע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו) אז רוב משגעים זענען משוגע געווארן פון די עבירה פון פגם הברית; אלע צרות וואס מען ליידט קומט פון חטאות נעורים, פון מוציא זיין זרע לבטלה, מען פארלירט אלעס.


מאך זיך א שיעור אין גמרא; גמרא ראטעוועט דעם מענטש פון פגם הברית, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#950 - ווי אזוי קען איך זיך דרייען אין ברסלב, אן ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת?
אומאן, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע משפחה אין ירושלים עיה"ק, אבער איך בין אסאך דורכגעגאנגען ביז איך אליין האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, איך האב נישט געקענט ליידן די מחלוקת וואס איז געווען אין ברסלב, און איך האב זיך אויפגעהערט דרייען דארט, ביז ווען איך האב געטראפן אייערע שיעורים און ס'האט מיר געוויזן א נייעם וועג, מיט וואס איך בין זיך זייער מחזק ב"ה.


איך וויל זיך אבער יא דרייען צווישן ברסלב'ע חסידים, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת?


אויך וויל איך וויסן וועגן דעם סדר דרך הלימוד, ווי ווייט גייט דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מ'דארף נישט פארשטיין וואס מ'לערנט, און בכלל וואס איז וויכטיגער צו לערנען יעדן טאג, הלכה, גמרא, אדער דעם רבינ'ס ספרים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון מחלוקת אזוי ווי מען אנטלויפט פון פייער, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): "בית דין של מטה געבן נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר און בית דין של מעלה שטראפן נאר פון די צוואנציג און העכער, אבער מחלוקת איז אזוי הארב אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועק גענומען פון די וועלט אלס א שטראף פאר מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי די מחלוקה פון קרח אז אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט זענען אומגעקומען".


זיי נישט פארנומען מיט אנדערע, נאר קוק אויף זיך; אז דו האסט געפונען א פלאץ אין ברסלב וואו דו שעפסט חיות, דו באקומסט לעבן - זאלסטו נעמען פון דעם פלאץ דיין חיות און דיין חיזוק, און אז אנדערע שפירן זייער חיות אין אן אנדערע חבורה זאל דיר דאס נישט שטערן, יעדער איינער זאל נעמען זיין חיזוק פון זיין פלאץ. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות, אזוי ווי מען זעט טאקע צווישן אנשי שלומינו טייערע כיתות.


קוק נישט אויף קיינעם און עס זאל דיר נישט אינטערעסירן קיינעם; עס איז נישט דא קיין צייט צו זיין פארנומען מיט דעם און יענעם, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פונעם מענטש גייען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן גייט פארביי, נישט ווי א שאטן פון א וואנט, נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט; איז א שאד מען זאל זיין פארנומען מיט אנדערע.


דריי זיך צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן דיבורי אמונה, עצות פון רבי'ן און חיזוק פון רבי'ן, ווייל אין דעם פלאץ וואו מען רעדט פון רבי'ן דארט געפונט זיך דער רבי, דארט וואו מען איז מחזק איינעם דעם צווייטן דארט איז דער אייבערשטער, ווידער דארט וואו מען גראבט אונטער אנדערע, מען פסל'ט דעם און יענעם וכו' וכו', דארט איז דער שטן; אפילו זיי זעען אויס ווי עובדי השם, מען באטיטלט זיך מיט הויכע עובדי'שע טיטלען: 'חסידי ברסלב האמיתיים', 'נקיי הדעת שבירושלים', וכדומה, איז אלעס איין גרויסער בלאף.


פון די וואס רעדן א הויכע שפראך וכו' - זאלסטו זיך זייער היטן, לאז זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, בפרט פון די וואס רעדן א הויכע שפראך, פון די וואס רעדן פון מתקן זיין נשמות; די אלע וואס רעדן הויך די זענען בדרך כלל בעלי דמיונות און פאנטאזירערס, א רחמנות אויף די אלע וואס שלעפן זיך נאך נאך זיי.


מוהרא"ש האט דערציילט אז איינער א פאנטאזירער אין ברסלב האט געזאגט, אז דער הייליגער סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו איז געקומען צו אים בעטן א תיקון; מוהרא"ש האט געשריגן: "ווי שעמט זיך נישט א טאָטער, א פארעך צו זאגן אויף אזא גרויסער גדול בישראל, א צדיק אמת, וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען אויף תורה - אז ער איז געקומען צו אים פאר א תיקון?!" דאס ווייזט אז דער פאנטעזירער איז נישט מיט אלעמען און עס איז א רחמנות אויף די וואס גייען אים נאך.


דער זעלבער פאנטאזירער האט געזאגט אויף מוהרא"ש בשעת ווען די לויה פון מוהרא"ש האט זיך אזוי פארצויגן, אז ער עוסק צו מתקן זיין מוהרא"ש; נעבעך פאר אים און א רחמנות אויף זיינע נאכשלעפער. אפילו אן אפגעריסענער נאר, א טיפש - וואלט אויך אזוינס נישט געזאגט; זעט אויס אז ער האט אסאך טיפשים וואס לויפן אים נאך, קען ער דאס זאגן.


דעריבער בעט איך דיר, געב אכטונג פון די בעלי דמיונות און פאנטאזירערס און קוק שטענדיג אויף דיינע רווחים; אז דו דרייסט זיך אין א פלאץ וואס מען זאגט אויפ'ן מנהיג אז ער פליט און הימל און ער האט רוח הקודש, דאס אליין איז נאך נישט גענוג פאר דיר, אויב דער וואס פליט אין הימל קען דיר נישט מזכה זיין דו זאלסט זוכה זיין לערנען און דאווענען - איז דאס אלעס בלאף; אז עס גייט פארביי א שטיק צייט און דו האסט נישט זוכה געווען מסיים צו זיין אפילו איין מאל ששה סדרי משנה, הייסט דאס אפגענארט, און דאס הייסט א פארפירער.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות גייט דאס ארויף אויף דאס וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, אלע מיינען אז ער האט עפעס פאר אים ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן, דאן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; דערפאר ווען מען גייט צו א חבורה, צו א מנהיג, צו א גוטער איד וכו', דארף מען אלץ קוקן צי מען באקומט עפעס אין די האנט, אויב גייט מען אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט איז א סימן אז מען נארט זיך. אפילו דער גוטער איד איז א צדיק, א באהאלטענער צדיק, א ל"ו צדיק, א צדיק וואס פליט אין הימל, ער זעט זאכן וכו'; אויב קען ער מיר נישט מזכה זיין מיט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו', איז אלעס בלאף; אויב איך הייב נישט אן רעדן מיט'ן אייבערשטן, איך באקום נישט פון דעם פלאץ שכל ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, אדער מכבד זיין מיינע עלטערן וכו' איז אלעס נארישקייטן.


ליידער פארנארט מען היינט מענטשן מיט לשונות פון קבלה, מענטשן לויפן נאך א מענטש וואס איז בלינד, קרום און שטום, אזוי ווי דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה): "א טייל האבן געזאגט אז דער עיקר תכלית איז כבוד וכו' האבן זיי געזוכט א מענטש וואס לויפט זייער נאך זיין כבוד, ביז זיי האבן געזען ווי מען טראגט אן אלטן בעטלער א ציגיינער, און עס זענען אים נאכגעגאנגען פינעף הונדערט ציגיינערס, און דער בעטלער איז געווען בלינד, קרום און שטום", עיין שם; נעבעך, מען נעמט א רבי, א מנהיג וואס איז בלינד, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיינע מענטשן, און ער איז שטום - ער רעדט פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן.


א צווייטער פאנטאזירער אין ברסלב זאגט אז מוהרא"ש איז אים געקומען אין חלום אז ער האט נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל וכו' וכו'; דאס איז בנוסף צו זיינע דמיונות וואס ער פארפירט צענדליגער מענטשן יאר נאך יאר נישט צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז דער רבי איז מער נישט אין אומאן; א רחמנות אויף די בחורים און אינגעלייט וואס שלעפן זיך נאך נאך אזעלכע דמיונות, בשעת מיר ווייסן אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה"; איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נישט נאר ענק זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, "אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וועם איך קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


ווי קען מען זאגן נישט קומען אויף אומאן ראש השנה ווען דער רבי האט געהייסן קומען?! דער רבי האט געזאגט פאר'ן ברסלב'ער רב רבי אהרן זכרונו לברכה ווען ער איז געקומען צום רבי'ן בעפאר דעם לעצטן ראש השנה פאר דער רבי איז אוועק - שנת תקע"א, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז אים זייער שווער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל ער קען נישט איבערלאזן זיין קהילה, האט זיך דער רבי אנגערופן און געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תו): "ווי אזוי זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאנען, איי אנדערע גוטע אידן זאגן נישט אזוי? איז נאך א קשיא".


זיי זיך קובע שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן משניות און אסאך בלעטער גמרא, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין הלכה און א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#949 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין טאכטער זאל זיין צופרידן מיט א פשוטע חתונה?
חתונה, אידיש געלט, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מאך חתונה מיין טאכטער אי"ה גלייך נאך שבועות, און ווי ס'קוקט יעצט אויס דער מצב מיט קאראנע, וועט די חתונה מוזן זיין ביי מיר אינדערהיים מיט א קליינעם מנין, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער מיין טאכטער איז זייער צעבראכן, זי האט שוין גע'חלומ'ט פון א שיינע ריזיגע חתונה מיט אלע צוגעהערן, און זי קען זיך יעצט נישט בארואיגן, ווי אזוי קען איך איר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי איר מחזק זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זי איז געזונט און איר חתן איז געזונט. זיי איר מחזק זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס זי האט יא; אנשטאט וויינען און קרעכצן אויף וואס זי האט נישט, זאל זי טאנצן פאר שמחה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף וואס זי האט יא.


דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדערליכע עצה, א וועג פון טראכטן אין א צייט ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן; מען זאל זוכן דאס גוטס, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט אז דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


ווען מען לעבט מיט די וועג פון זוכן דאס גוטס אין לעבן, ווערט גרינגער דאס לעבן; מען איז שטענדיג פרייליך און גליקליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#948 - ווי אזוי קען מען געבן פאר מענטשן די גוטע עצות אויף שלום בית?
שלום בית, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, און איך בין זיך מחי' מיט אייערע געוואלדיגע דיבורים און דרשות, דאס געבט מיר פיל חיזוק און עצות אין לעבן.


נעכטן האט אריינגעקלאפט ביי אונז א מפיץ, ער האט אונז געגעבן דעם קונטרס "היופי שבטוב", מיין מאן האט אים פארשטייט זיך זייער שיין אויפגענומען און אים געגעבן צו טרינקען, און אים געגעבן א שיינע נדבה.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן נאך שיעורים פאר פרויען, ווי אזוי מכבד צו זיין דעם מאן און אזוי ווייטער, וואס פעלט ספעציעל וויכטיג אויס אין די יעצטיגע צייטן ווען מ'געפונט זיך א גאנצן טאג אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי פארשפרייטן פאר אנדערע די ספרים און קונטרסים וואס ענטהאלטן עצות פון הייליגן רבי'ן, אז אנדערע זאלן אויך קענען לעבן א חיים טובים; זיי פארגינען פאר אנדערע צו האבן וואס זיי האבן, 'אז איך בין זיך אזוי שטארק מחי' מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פארגין איך דאס פאר אנדערע מענטשן וואס ווייסן נישט פון רבי'ן, אז זיי זאלן אויך האבן די זיסע לעבן וואס איך לעב'.


אז איר האט באקומען עצות און הדרכה צו האבן א גוטע שלום בית, איר זענט זיך מחי' מיט די שיעורים, איז נישט גערעכט דאס צו האלטן פאר א סוד אז נאר איר זאלט וויסן פון דעם, איר דארפט טראכטן וועגן ווי אזוי אייערע געשוויסטער און פריינט זאלן אויך קענען הערן די שיעורים און לערנען די ספרים כדי צו האבן א חיים טובים.


וואויל איז דעם וואס טראכט טאג און נאכט: 'ווי אזוי קען איך מחי' זיין נאך א איד?' 'ווי אזוי קען איך אויסלערנען נאך איינעם דאס זיסקייט פון לעבן?' נאך מענטשן זאלן וויסן אז מען קען תשובה טון און לעבן מיט די תורה, דער וועט זוכה זיין צו זיין אין די מחיצה פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", דער וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.