שאלה אין קורצן ענין
#897 - וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?
ספרי ברסלב, צדיקים, התחדשות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוון, עס איז מיר אזוי שטארק מחזק. און ספעציעל א יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן. איך האב שוין געענדיגט אסאך מסכתות הש"ס, און איך האב שוין געענדיגט אסאך מאל משניות.


איך האב געזען א ווידיאו פון מוהרא"ש זי"ע, איך דערקען דארט מענטשן וואס מ'זעט זיי שוין נישט מער אין היכל הקודש, איך ציטער איך זאל ח"ו נישט קאלט ווערן און אויך איבערלאזן די הייליגע פלאץ, וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "יעדעס מאל מען קומט צום צדיק דארף עס זיין מיט א פרישקייט, מען זאל טראכטן 'דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צום צדיק'"; מען דארף געדענקען ווער מען איז, ווי אזוי מיר קוקן אויס אן דעם רבי'ן, דעמאלט וועט מען בלייבן שטענדיג מקושר צום הייליגן רבי'ן.


אז דו ווילסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן זאלסטו זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זאלסט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי וואס איז אונז מחי', און בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, בעט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן; העלף מיר איך זאל זיך נישט אפקילן, מיין שייכות צום רבי'ן זאל זיין פריש, איך זאל נישט ווערן אפגעקילט".


נאך אן עצה צו בלייבן מקושר צום רבי'ן, זאלסט זיך מאכן זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, "וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד; וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


אויך זאלסטו לערנען די שמועסן פון רבי'ן: חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


ובעיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג אן קיין אויסנאם "ספר אשר בנחל"; בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונז. אז מען לערנט אשר בנחל איז אזוי ווי מען לערנט אלע ספרים פון רבי'ן און רבי נתן; אשר בנחל איז דער תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווען מען לערנט די בריוו ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו - זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#896 - ווי אזוי קען מען טוישן די שלום בית צום גוטן?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט מיטטיילן דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט אין מיין לעבן. איך האב שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר צוריק, און פאר א לאנגע צייט האב איך געהאט אסאך שוועריגקייטן מיט מיין מאן. איך האב געפילט אז ס'איז מיר באשערט צו לעבן מיט א מאן וואס איז נישט אינטערעסירט אין מיר און האט מיר נישט צו שטארק ליב, ער האט בעסער ליב געהאט די גאנצע וועלט חוץ מיר.


דער מצב פון מיין שלום בית האט מיר שרעקליך געשטערט, איך האב אבער געשפריט ווי ס'איז גארנישט דא צו טון דערצו, איך בין אריבער זייער שווערע צייטן, און איך האב געטראכט אז איך דארף פשוט שלום מאכן מיט די מצב. ער האט נישט אויפגעהויבן א פינגער מיר צו העלפן אין שטוב, קיינמאל נישט געווען מיר מחזק צו זיין, איך וואלט שוין לאנג אהיימגעלאפן צו מיינע עלטערן, אבער ברוך ה' אז איך בין נישט געקומען פון צו א געזונטע שטוב, דערפאר האב איך בכלל קיינמאל געטראכט פון אהיים גיין, ווייל דארט האט מען מיר זייער צוקלאפט.


ביז איין טאג ווען ס'איז געשען דער גרויסער נס אז איך און מיין מאן האבן אנגעהויבן הערן די שעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אונזער גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט, איך האב נישט גענוג ווערטער עס ארויסצוגעבן. מיין מאן האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן אינטערעסירן און טראכטן וועגן מיר, עררעדט שיין צו מיר, ער האט מיר ליב, און ער האט מיר אנגעהויבן העלפן אינדערהיים.


ס'האט אויסגעזען ממש ווי א חלום, איך האב נישט געקענט גלויבן מיינע אויגן, אבער ס'איז דאך א פאקט, ס'איז ממש א ריזיגער נס, איך שפיר זיך ווי נאכאמאל חתונה געהאט, מיר זענען ביידע צוויי נייע מענטשן.


א גרויסן יישר כח, ראש ישיבה, פאר די הערליכע שיעורים וואס האט געראטעוועט אונזער לעבן, איך פיל זיך גליקליך און אויסגעהיילט מיט די אלע זיסע עצות. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אויף ווייטער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי איר שרייבט; ווען מען הויבט אן הערן דעם רבינ'ס ווערטער באקומט מען שכל, מען ווערט מען א נייע מענטש, מען הויבט אן לעבן א פרייליכע לעבן, מען הויבט אן לעבן אן עכטע לעבן; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס דער רבי לערנט מיט זיינע מענטשן וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס גייט אויך ארויף אויף א ברסלב'ע שטוב, די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא אין א ברסלב'ע שטוב, מען לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן - וואס מען זעט נישט ביי אנדערע. ליידער הערט מען און מען זעט ביי זייער פיל משפחות אז מען לעבט נישט איינער מיט'ן צווייטן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן; מען קריגט זיך, מען בארעדט זיך, דער מאן מאכט חוזק פון די ווייב פאר זיינע חברים, ער זוכט ווי ער קען איר אויסנארן און זאגן ליגנט, ער וויל נישט אהיים קומען, ער זוכט תירוצים וואס ער קען איר זאגן, און ביי די ווייב איז אויך אזוי, זי רעדט מיט אירע חבר'טעס אלע פריוואטע זאכן פון איר מאן, און עס איז נישט דא קיין ליבשאפט. אבער ווען מען לעבט מיט'ן צדיק, מען הערט זיך צו צו צום הייליגן רבינ'ס דיבורים, דאן ווערט ממש מקוים וואס דער רבי זאגט: "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך.


וואויל איז דעם וואס לעבט בשלום, מען געבט נאך איינער דעם צווייטן, מען זוכט דאס גוטס איינער ביים צווייטן; די וועלן האבן אלע ברכות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.), און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה, מען איז זוכה צו אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#895 - קיינער דארף מיר נישט, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צעבראכן, איך שפיר אז קיינער דארף מיר נישט, איך שפיר זיך אינגאנצן אליין, און איך האב מער נישט קיין כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט: "קיינער דארף מיר נישט" און דו ביסט זייער צעבראכן דערפון.


לאמיר זאגן עס איז טאקע אזוי, קיינער דארף דיר נישט האבן, אבער פארוואס זאלסטו זיין צעבראכן פון דעם? דער אייבערשטער דארף דיר יא און אז דער אייבערשטער דארף דיר האבן דארפסטו שוין נישט קיינעם אויף דער וועלט; ווייל וואס נאך דארף א מענטש? נאר איין זאך, ער זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, מער פון דעם איז נישט דא, מער פון דעם דארף נישט  א מענטש.


א מענטש דארף לעבן מיט אזא שטארקע אמונה, ער זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, עס זאל אים נישט אנגיין קיין שום אנדערע זאך אויף דער וועלט, די גאנצע חיות פונעם מענטש דארף זיין פון דעם אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ער איז מחי' די גאנצע וועלט, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז ער און ער איז אלעס; דאס איז די בעסטע זאך אויף די וועלט.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה: "התבודדות", א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ע) אז ווען א מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, קומט דער אייבערשטער כביכול און שטייט קעגן דעם מענטש און הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער רעדט.


לעב מיט די עצה וועסטו קיינמאל נישט שפירן ווי דו ביסט איינער אליין.

#894 - ווי לאנג וועל איך נאך דארפן ווארטן אויף מיין שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זאגן באמת א גרויסן יישר כח פאר אלע הערליכע דרשות, סיי פאר די בחורים און אויך פאר די מיידלעך, בפרט אין אמונה און תפילה, עס געבט צו א געוואלדיגע חיות אין מיין לעבן, און איך קען קוים ווארטן פאר נאך.


איך בין א מיידל פון 19 יאר, און איך ווארט און בעט יעדן טאג פאר מיין שידוך. איך זאג יעדן טאג די תפילות פון מציאת הזווג, און איך פרוביר זיך צו האלטן שטארק מיט אמונה, אבער אסאך מאל גייט עס נישט. למשל ווען איך דארף גיין צו א חבר'טעס חתונה.


רוב פון מיין קלאס זענען שוין כלות אדער שוין חתונה געהאט. ס'איז נאר דא נאך אפאר מיידלעך, אבער ס'וועט נישט נעמען לאנג פאר זיי צו חתונה האבן. מיין פראבלעם איז אז איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיך און גארנישט רוקט זיך נישט בנוגע שידוכים חוץ די יארן. דערפאר איז מיר זייער שווער ווען איך דארף גיין צו א תנאים אדער א חתונה פון א חבר'טע.


איך ווייס נישט אויב איך מעג אזוי טראכטן, אבער איך פיל אסאך מאל ווי אפשר האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר, און עס גייט אים נישט אן אז איך לייד. איך וויל אזוי שטארק קענען פארגינען א צווייטן אבער איך פיל אז ס'איז נישט מעגליך, איך קום אן צו א שמחה מיט א ריזיגע שמייכל און איך טאנץ מיט, אבער קיינער קען נישט חלומ'ען וויפיל ס'שטעכט מיר אינעווייניג, אזוי ווייט אז אסאך מאל מוז איך ארויסגיין אביסל צו קענען אטעמען.


ס'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פסיקתא דרב כהנא, הובא ברש"י שמות יז, ח), אמאל איז געווען א מענטש וואס איז געגאנגען א ווייטע וועג מיט זיין קינד, דאס קינד האט נישט געהאט קיין כח מער צו גיין האט אים דער טאטע גענומען אויפ'ן אקסל, אזוי איז ער געגאנגען און געגאנגען מיט'ן קינד אויפ'ן פלייצע, אזוי גייענדיג זעט דאס קינד ווי איינער פארקויפט געשמאקע עסן, בעט ער זיין טאטע ער זאל אים געבן עסן און דער טאטע האט אים געגעבן עסן, גייענדיג ווייטער בעט ער זיין טאטע אז ער דארף טרינקען און דער טאטע האט אים געקויפט א טרינק, אזוי איז געווען מיט אלעס וואס דער קינד האט געזען, ער האט געבעטן זיין טאטע זאל אים דאס קויפן און דער טאטע האט אים אלעס געגעבן, גייענדיג ווייטער האט דאס קינד געזען איינעם גיין און האט יענעם געפרעגט: "האסט אפשר געזען מיין טאטע? איך ווייס נישט וואו מיין טאטע איז!" ווען דער טאטע האט דאס געהערט האט ער אראפגעווארפן דאס קינד פון זיין אקסל, איז געקומען א הונט און געביסן דאס קינד.


אזוי איז געווען ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, דער אייבערשטער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, ער האט זיי געוויזן די גרויסע וואונדער, ער האט געשפאלטן דעם ים, זיי געגעבן צו עסן מן פון הימל, די ברונעם וואסער צו טרינקען און אזוי ווייטער, ביז די אידן האבן געפרעגט (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ יְהוָֹה בְּקִרְבֵּנוּ?" דער אייבערשטער איז דא מיט אונז? דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אונז? גלייך האט פאסירט די פרשה מיט עמלק, וַיָּבֹא עֲמָלֵק און ער האט געביסן די אידן.


איר טראכט אז דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אייך? חס ושלום, דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון אייך, דער אייבערשטער פארגעסט נישט פון קיינעם, דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. ווער עס טרעפט שנעל זיין שידוך און ווער עס טרעפט נישט גלייך זיין שידוך - אלעס איז פונעם אייבערשטן אליינס, מיר דארפן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז מען זוכה אז אלעס ווערט גוט, דער אייבערשטער העלפט דעם מענטש מיט די ישועה וואס ער דארף.


פארלירט זיך נישט, זייטס שטארק מיט אמונה פשוטה, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#893 - ווי לאנג דארף נעמען דאס דאווענען שחרית?
תפילה והתבודדות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל צייט דארף נעמען לכל הפחות דאס דאווענען שחרית פון הודו ביז שמונה עשרה? איך רעד נישט פון כולל אינגעלייט, נאר פאר ארבייטערס וואס דאווענען מיט'ן זיבן אזייגער מנין אינדערפרי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען דאווענט בציבור נישט אויסצוציען דאס דאווענען כדי מען זאל נישט שווער מאכן פאר'ן עולם, און אזוי ווערט געפסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן נג, סעיף יא): "כָּל שֶׁמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ לֹא טוֹב עוֹשֶׂה, מִפְּנֵי טֹרַח הַצִּבּוּר", מען זאל נישט אויסציען דאס דאווענען כדי נישט שווער צו מאכן פאר'ן עולם; ווייל דאס איז גורם אז מענטשן זאלן נישט קומען אין שול דאווענען, בפרט אינדערפרי ווען מען יאגט זיך צו גיין ארבעטן, דעמאלט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג נישט צו פעניען אז מען זאל קענען גיין ארבעטן.


אויך דערציילן די הייליגע חכמים (ברכות לא.) אויף דעם הייליגן תנא רבי עקיבא, ווען ער האט געדאווענט ביחידות האט ער געדאווענט זייער לאנג און ווען ער האט געדאווענט מיט'ן עולם האט ער געדאווענט שנעל נישט שווער צו מאכן פאר'ן ציבור; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט זאל מען נישט אויסצוען לענגער כדי נישט שווער צו מאכן פאר'ן עולם.


פון הודו ביז ברכו דארף נישט נעמען מער פון צען מינוט, און פון ברכו ביז שמונה עשרה נעמט נאך פיר - פינף מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#892 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין מאן זאל אהיימקומען צייטליך?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע חיזוק און עצות.


איך בין א פרוי, א מאמע פון פיר פיצלעך קינדער, דער עלטסטער איז נאכנישט פיר יאר אלט, און איינע פון זיי איז ליידער נישט געזונט ל"ע. מיין מאן ברענגט ב"ה פרנסה אין שטוב, און אלעס פארט מיט א סדר ב"ה.


מיין מאנ'ס ארבעטס פלאץ איז נישט צו ווייט פון אונזער הויז, אומגעפער א פופצין מינוט צו שפאצירן, ער האט אבער א איד וואס ארבעט מיט אים וואס קען אים אהיימברענגען מיט זיין קאר א שעה שפעטער פון ווען ער דארף אהיימקומען, און מיין מאן כאפט זיך כסדר צו צו דעם, און ער ווארט אן איבריגע שעה ביי די ארבעט, צו קענען קומען מיט די קאר.


איך ווער ממש צעריסן אויף שטיקער אינדערהיים, איך דארף לויפן פון איין קינד צום צווייטן די גאנצע צייט, און איך ווארט שוין קוים אז ער זאל אהיימקומען פון די ארבעט און צולייגן אביסל א האנט, אבער כמעט יעדן טאג קומט ער אן א שעה שפעטער, מיט'ן זעלבן תירוץ אז ער האט געווארט פאר די קאר.


איך האב ב"ה גוטהארציגע שכנים וואס לייגן צו א האנט אביסל, אבער רוב צייט דארף איך אליין זיך אפגעבן מיט די קינדער, און עס טוט מיר זייער שטארק וויי אז מיין מאן פארשטייט אפילו נישט ווי שווער איך ארבעט מיט די קינדער, ער האלט אז איך טרייב איבער און ס'איז באמת נישט אזוי געפערליך אז איך שטרענג זיך אזוי שטארק איבער אינדערהיים.


איך האב אים שוין געבעטן מיט גוטנס און מיט טרערן, אבער עס בלייבט ווייטער ביים אלטן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי איז אמאל געקומען צו א רב פארלאנגען א גט, זי וויל זיך גט'ן פון איר מאן; האט דער רב איר געפרעגט פארוואס זי וויל זיך גט'ן פון אים, האט זי געזאגט: "מיין מאן קומט אהיים זייער שפעט, איך דארף אליינס זיין מיט די קינדער, איך האב שוין אלעס פראבירט אבער עס העלפט גארנישט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, איך וויל א גט", זאגט איר דער רב מיט גרויס חכמה: "אז דו וועסט זיך גט'ן וועט ער נישט אהיים קומען פריער, עס וועט דיר נישט העלפן".


די מעשה זעט אויס ווי א וויץ אבער אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם זייער א טיפע חכמה, א מענטש וויל אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען לויפט ער אריין אין טיפערע פראבלעמען. אז עס איז שווער ווען דער מאן קומט אהיים שפעט וועט דאך זיכער זיין שווערער ווען עס וועט בכלל נישט זיין קיין טאטע אין שטוב, אז יעצט איז שווער מיט די קינדער און די ווירטשאפט אז ער קומט אהיים שפעט, וואס וועט זיין אן א מאן, אן א טאטע? וועט דאך זיין גאר ביטער.


אז איר ווילט טאקע אן עצה זאלט איר אריין נעמען ביי זיך וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז, מוהרא"ש האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו לעבן א גוט לעבן, דער סוד פון האבן א גוט לעבן איז מען זאל שטענדיג האלטן קאפ און זוכן צו "זיין קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵּיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט.


ווען מען הערט אייער זייט וואס איר דערציילט זענט איר הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דא דארף מען אביסל חכמה, אביסל שכל; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט אים אפווארטן מיט א שמייכל און אים אויפנעמען ווארעם וכו', וועט איר זען ווי עס וועט זיך טוישן, סיי ביי אייך און סיי ביי אים, קודם ביי אייך וועט זיך טוישן אז איר וועט נישט זיין בכעס, איר וועט זיך פרייען אויף דאס ביסל וואס ער איז יא אין שטוב, און ביי אים וועט זיך אויך טוישן, ער וועט ליב האבן אהיים צו קומען, ער וועט אהיים קומען גלייך נאך ארבעט.


עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו טון, בפרט ווען איר האט שוין א לאנגע צייט אין אייער הארץ אנטקעגן אים וכו', וכו'; מיט דעם אלעם בעט איך אייך זייער, איר פון אייער זייט זאלט רעדן שיין צו אים, זייטס ווייטער ווארעם צו אים און ווארטס אים אפ מיט א שמייכל וכו'. א קלוגע פרוי האט די מעגליכקייט אינגאנצן איבערצודרייען איר מאן לטובה; איך בעט אייך, ווארטס אויס אויף א ישועה און אנטלויפטס נישט. עס איז נישט קיין חכמה צו צעברעכן א שטוב ווען מען קען עס נאך ראטעווען.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, דאס גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים ווייזט יענער צוריק א זויערע פנים. דערפאר, זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "זיי קלוג, נישט גערעכט", איר זאלט זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן, ווייל די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס, מענער האבן ליב צו זיין די בעלי בתים וכו', זיי ווילן נישט אז די ווייב זאל זיי אריין זאגן וכו' וכו'; דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן שיינערהייט, געבט אים דעם כבוד, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהויבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


איר שרייבט אז איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם; עס איז שווער אנצונעמען אז עס איז וואר וואס איר זאגט ווייל מיט שיינעם פועל'ט מען, קען זיין אז איר האט פרובירט צו רעדן שיין אבער אן סבלנות, אן געדולד, ווייל ווען מען רעדט שיין און מען האט געדולד קען מען איבערדרייען דעם שווערסטן נאטור, מען קען איבערדרייען דעם שווערסטן מענטש אים צו מאכן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#891 - ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר אלע בריוו, ניגונים, און שיעורים, וועלכע האבן ממש אויפגעלאכטן אונזער שטוב, איך מיט מיין מאן האלטן אלעס מיט, און דאס געבט אונז א וועג אין לעבן, מיין מאן באשלאסן אז נאר אין היכל הקודש ברסלב איז דא דער ריכטיגער מהלך פאר א אידישע שטוב.


מיר האבן אבער אסאך ספיקות און שאלות ווי אזוי זיך צו פירן ביי אסאך זאכן, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי אנצוקומען און צו קענען פרעגן אלע אונזערע שאלות. מיר ווילן וויסן ווי אזוי מיר קענען אנקומען צום ראש ישיבה שליט"א אונז צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נאר דורכ'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים קען מען האבן א שייכות מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א גלייכן וועג אין לעבן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך אז מען לערנט דעם ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זיבעציג טויזנט בריוו, קען מען זען די גלייכע וועג אין לעבן; מען ווייסט ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן, ווער עס האט א פראגע קען זען אין אשר בנחל קלארע תשובות ווי אזוי זיך צו פירן. מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל" וואו ער וועט טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה.


אויך זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין ספר "עצתו אמונה"; יעדער בריוו איז שכל פאר'ן לעבן, יעדע בריוו איז שייך פאר יעדן מענטש, פון יעדע בריוו קען מען ארויסנעמען נאך שכל פאר'ן לעבן. מאכט זיך א שיעור דערין, יעדן טאג זאלט איר לערנען אפאר בריוו, אלע ספיקות און שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן; אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז גענומען פון מוהרא"ש, פון ספר אשר בנחל, עס איז געשריבן אויף א שפראך פאר'ן היינטיגן דור.


נאר אזוי וועט איר האבן שייכות מיט היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט דוקא אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט ביים טאנצן: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#890 - ווי אזוי פאררעכט מען די הארבע עבירות פון די יונגע יארן?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר לאנגע יארן צוריק, אלס יונגער בחור, האב איך געטון אסאך עבירות אין פגם הברית רחמנא ליצלן, ברוך ה' אז שוין פאר אסאך יארן פיר איך זיך ווי עס דארף צו זיין, איך האב מער נישט קיין שייכות מיט די אלע שלעכטע זאכן, מיין שאלה איז אבער ווי אזוי איך קען פאררעכטן די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין די יונגער יארן. ווייל צדיקים האבן אונז שוין געזאגט אז תעניתים איז נישט די וועג צו פאררעכטן, וואס איז יא די וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן איז פון די הארבסטע עבירות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה. וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות פון די תורה; אויך זעען מיר וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה, "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז מען טוט נישט תשובה איז זייער ביטער, ווייל ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבן די אלע וכו' צוגעטשעפעט צו אים, זיי לאזן אים נישט אפ און זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן, ביז צום קבר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן אים, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפ'ן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם.


וויי און ביטער איז פאר דעם מענטש וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", און עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; אזוי הארב איז די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר וואס זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; דער רבי האט געזאגט: נאר איך פארשטיי פשט אין דעם זוהר און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


דערפאר, אז דו ווילסט באמת פאררעכטן דיינע חטאות נעורים פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל פאררעכטן די שלעכטע מעשים מיינע וואס איך האב פוגם געווען די אלע יארן", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


אנשטאט פאסטן זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות; יעדן טאג זאלסטו לערענען פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; ווען רבי נתן האט געהערט די שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#889 - א סמארטפאון איז טאקע אזוי געפערליך?
סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, און איך וויל זיך זייער שטארק באדאנקען פאר אלע שיעורים, ספעציעל פאר די חינוך אוונט שיעור, וואס דארט האט איר געזינגען א ליד פון א קינד וואס זינגט צו איר מאמע אז זי זאל נישט זיין אזוי סאך פארנומען מיט איר סמארטפאון, נאר זיך ענדערש אפגעבן מיר איר.


כאטש וואס איך האב ברוך ה' נישט קיין סמארטפאון, אבער היינט איז דא אזויפיל סארט האטליינס פון משפחה, חבר'טעס, און נאך, און נעמט אויך אוועק די אויפמערקזאמקייט פון די קינדער, און דער שיעור מיט'ן ליד האט מיר געגעבן אסאך חיזוק אז איך זאל אלעס אפלאזן און זיך אפגעבן בעסער מיט מיינע קינדער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער, דאס איז דער קליינער טעלעפאן וכדומה; מען קען האבן א קליינעם טעלעפאן און זען אין דעם שמוץ פון די גאנצע וועלט רחמנא לצלן, דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור און מיידל קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארפן זיי שוין אין ערגעץ נישט גיין, מען קען זיצן ביי זיך באהאלטן און זען אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן.


דער יצר הרע שטעלט אן א זיסע פנים, דער טעלעפאן זעט אויס זייער זיס, זייער געשמאק, דאס איז א וועג ווי אזוי אריין צו נארן מענטשן, אזוי ווי מען שטעלט אראפ סם פאר מייז, מען לייגט ארויף אויף דעם זיסע זאכן און די מייז לעקן דאס אפ מיט גרויס אפעטיט אבער נאכדעם ווערן זיי פאר'סמ'ט. אזוי איז מיט די אלע כלים, עס זעט אויס זיס, עס זעט אויס געשמאק און אך און וויי ווער עס ווערט אריין געכאפט אין איר.


וואס זאל איך אייך זאגן, די אלע וואס זענען אויבער חכמים זיי פארשטייען אז מען קען האבן אין שטוב די כלים מכלים שונים וכו' וכו', באצאלן נאכדעם זייער טייער, די כלים האבן שוין חרוב געמאכט זייער אסאך שטובער.


וואויל איז דעם וואס פאלגט וואס צדיקים זאגן, מען נעמט נישט אריין אין שטוב די אלע כלים אפילו פאר פרנסה, די שטוב האלט מען זויבער און ריין פאר'ן אייבערשטן, וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי זייערע קינדער.

#888 - ווי אזוי קען איך צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים?
הכרת הטוב, הפצה, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים, מיין פרנסה האט זיך פארבעסערט, מיין שלום בית איז בעסער געווארן, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט א דאנק די שיעורים.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען צוריק צאלן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיינע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן אדאנק דעם הייליגן רבי'ן, דארפסטו דאס פארשפרייטן פאר נאך מענטשן - זיי זאלן אויך קענען האבן פון די גוטע לעבן.


עס איז נישט שייך צו באצאלן פאר'ן רבי'ן; דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען און אלעס אוועק געגעבן אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן און אזוי אויך די הייליגע תלמידים, רבי נתן האט זיך מוסר נפש געווען אונז איבער צו געבן דעם רבינ'ס וועג, מען האט אים גע'רודפ'ט, אלע האבן געקריגט אויף אים, אלע האבן גערעדט אויף אים, מען האט איינגעשפארט אין תפיסה - דאך האט ער זיך נישט אפגעשטעלט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן.


אזוי אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אלעס אוועק געגעבן פאר אונז, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן נאר צוליב דעם אז מיר זאלן וויסן ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיר זאלן האבן א וועג צו לערנען די הייליגע תורה; ווי איז שייך צו באצאלן? אז מען באקומט לעבן איז נישט שייך צו באצאלן, מיר קענען נאר איין זאך טון: "ווייטער גיין אין די וועגן, ווייטער פארשפרייטן די ליכטיגקייט פאר אנדערע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#887 - אויב האב איך חתונה יונג, ווי אזוי וועל איך האבן פרנסה?
חתונה, פרנסה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון זיבעצן יאר אלט, איך הער אסאך די שיעורים און איך בין זיך זייער מחיה, יישר כח.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך פון חתונה האבן יונג, און איך ווייס אז אויב וועל איך בעטן מיינע עלטערן אז זיי זאלן שוין אויסהערן שידוכים פאר מיר, וועלן זיי עס גערן טון, אבער איך אליין האב מורא חתונה צו האבן יונג, ווייל איך קען נישט טראכטן ווי אזוי איך וועל זיך קענען אויסהאלטן נאך די חתונה, ווייל מיינע עלטערן וועלן מיר נישט קענען העלפן מיט פרנסה נאך די חתונה.


איך בין איינער פון 16 געשוויסטער, מיינע עלטערן האבן שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער, אויף א ביליגן אופן, נישט ממש ווי דער ראש ישיבה זאגט אבער נאכאלץ זייער ביליג. מיינע עלטערן האבן אונז אלץ מחנך געווען צו זיין צופרידן מיט וואס מ'האט און נישט זוכן קיין איבריגע מותרות, און דערצו איז אלעמאל פרייליך אין שטוב. זיי בארגן נישט קיין געלט און האבן נישט קיין חובות, אבער למעשה לעבן זיי זייער מצומצם, און זיי וועלן מיר נישט קענען העלפן מיט פרנסה נאך די חתונה.


דאס מיינט אז א טאג נאך די חתונה דארף איך גיין ארבעטן און שאפן געלט פאר א דירה, פאר עסן און קליידער, און אזוי ווייטער פאר אלע געברויכן. איך קען ב"ה לערנען, און איך וויל נישט אפלאזן דאס לערנען גלייך נאך די חתונה.


דערפאר האב איך מורא שוין חתונה צו האבן אזוי פרי, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו האנדלען אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט נישט מורא האבן אז דו וועסט נישט האבן פרנסה; דער אייבערשטער איז מפרנס די גאנצע וועלט, ער געבט יעדן איינעם שפייז אין צייט. דער אייבערשטער שפייזט דעם גרויסן וויזל-טיר און ער שפייזט די קליינע אייער פון לייז (ניטס). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט געבן פרנסה און קיינער קען נישט אוועק נעמען פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס.


מורא האבן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן; מען דארף מורא האבן אראפ צו פאלן אין עבירות, אז עס רעדט זיך א שידוך טאר מען דאס נישט אפשטופן אפילו א טאג, מען דארף חתונה האבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן. א מענטש אליינס איז אין א סכנה, אזוי ווי רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי - הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז פגום בברית; דערפאר דארף מען וואס שנעלער חתונה האבן לשם שמים, זיך נישט וועלן און קלויבן.


זאג דיינע עלטערן אז דו ווילסט שוין חתונה האבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אפגעהיטן פונעם יצר הרע. אזוי ווי מיר געפונען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קידושין כט:) ווי רב חסדא האט אויסגערימט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן רב חסדא: איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן, "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא?" פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט: ווייל איך האב נאך נישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה, ווייל: "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה - כָּל יָמָיו בְּעֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן טון עבירות, פרעגט די גמרא: "בְּעֲבֵירָה סַלְקָא דַּעְתָּךְ?!" ווי קען זיין מען וועט טון עבירות א גאנץ לעבן, איינמאל מען האט חתונה איז מען דאך אפגעהיטן פון עבירות, ענטפערט די גמרא: "אֶלָּא אֵימָא: כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", מען וועט א גאנץ לעבן האבן שלעכטע מחשבות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף זיך צו איילן חתונה צו האבן, ווייל רב המנונא איז געקומען צו רב הונא און ער האט נישט געוואלט קוקן אויף זיין פנים ווייל ער האט נישט חתונה געהאט.


זארג נישט יעצט פון וואנעט דו וועסט האבן פרנסה; פרנסה וואקסט מיט'ן מענטש, ווי מער מען עלטערט זיך אלץ מער געבט דער אייבערשטער פרנסה, אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זארגן אויף פרנסה, פרנסה וואקסט מיט'ן מענטש.


אז דו וועסט אוועקלייגן דיינע חכמות, דו וועסט גיין צום שידוך וואס פריער און דו וועסט לערנען פלייסיג, וועסטו זען גרויסע ניסים; דו וועסט האבן פרנסה בשפע און דו וועסט קענען לערנען ווייטער נאך דיין חתונה.

#886 - מ'לאזט מיר נישט לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, זאל איך צוריקגיין אין ישיבה?
חסידות ברסלב, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי איך האב אייך שוין געשריבן האט מען מיר ארויסגעווארפן פון מיין ישיבה, און יעצט זאגן די משגיחים אז זיי לאזן מיר צוריק נאר מיט עטליכע תנאים. איך מוז אויפהערן רעדן פון ברסלב אין ישיבה, איך מוז האלטן די סדרים פון ישיבה, און איך טאר נישט לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, נישט לערנען די פופצין שיעורים, און דער עיקר נישט צו זאגן משניות.


מיט די צוויי ערשטע תנאים האב איך נישט קיין פראבלעם, ווייל געווענליך האלט איך זיך צו די סדרי הישיבה, און אויך רעד איך נישט וועגן ברסלב אין ישיבה; אבער די דריטע זאך, נישט צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ווי אזוי קען איך מסכים זיין צו דעם?


זאל איך צוריקגיין אין ישיבה אדער נישט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק אין ישיבה און זיי זיך מכניע פאר דיינע מגידי שיעורים; זיי מיינען נישט דיין שלעכטס, זיי ווילן בסך הכל עס זאל זיין סדר אין ישיבה, עס זאל זיין דרך ארץ אין ישיבה. זיי וועלן דיר נישט שטערן אז דו וועסט לערנען אין דיינע זייטיגע צייטן דיינע שיעורים, זיי וועלן זיך פרייען אז דו וועסט אויסנוצן די צייט צו לערנען וואס דו ווילסט. דו זיי דרך ארץ'דיג און פיר זיך מיט הכנעה, ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד "דרך ארץ"; דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות.


האלט מיט די שיעורים אין ישיבה און ווען אלע בחורים טאנצן און ווילדעווען דעמאלט זאלסטו זיצן אין א ווינקעלע אין בית המדרש פאר דיר אליינס און לערנען דיינע שיעורים.


פאלג וואס איך זאג דיר; גיי צוריק אין ישיבה, ווייז הכנעה פאר אלעמען, טענה נישט מיט קיינעם, פיר זיך אויף אזוי ווי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, מיט דרך ארץ און מיט הכנעה - וועט דיר קיינער נישט שטערן פון לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, קיינער וועט דיר נישט שטערן פון פארן קיין אומאן, אלע וועלן זען דאס שיינקייט פון ברסלב'ע חסידים.


הלואי וואלטן אלע בחורים זיך אזוי אויפגעפירט וואלט מען געקענט איינשפארן אסאך מחלוקות און אסאך קריגערייען; די ישיבות וואלטן נישט געמאכט קיין עסק ווען בחורים ווילן פארן קיין אומאן, מען וואלט זיך געקענט איינשפארן די אלע עגמת נפש. די אלע ישיבות וואס ווארפן ארויס בחורים פאר'ן פארן קיין אומאן, זענען זיך די בחורים אליינס שולדיג ווייל זיי רייצן זיך מיט די ישיבה וכו', זיי פירן זיך מיט חוצפה, אלץ מיט א צודעק כאילו דאס איז ברסלב וד"ל.


 

#885 - זאל איך ענדערש לערנען בעיון, אדער ענדערש שנעל?
לימוד התורה, מלמדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע חיזוק וואס איך הער שוין פאר עטליכע חדשים, עס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן.


איך האב א זאך וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה, כלל ישראל האט לעצטנס אנגעהויבן ש"ס על הסדר, און דאס האט מיר געצויגן אויך אנצוהויבן לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, איך ווייס אויך פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגע רבי האט אונז געגעבן אז מ'קען לערנען גמרא אפילו מ'זאגט בלויז די ווערטער, איך בין אבער נאכאלץ מסופק אויב איך זאל ענדערש לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג אפילו אן פארשטיין, אדער ענדערש לערנען אביסל אויף אמאל און יא פרובירן צו פארשטיין.


איך בין א מלמד און איך האב נאר אביסל צייט אין טאג צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט פאר צוויי שיעורים, איינס צו לערנען אביסל בעיון און די צווייטע צו זאגן אסאך, וואס זאל איך ענדערש טון.


דערווייל האב איך אנגעהויבן מסכת ברכות צו לערנען א בלאט יעדן טאג, אבער איך בין נישט רואיג אויב איך גיי אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה, מען קען טון ביידע; אפילו א מלמד האט גענוג און נאך צייט צו טון ביידע, סיי לערנען אסאך אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויך האבן א שיעור בעיון. אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג.


לערן ווי אזוי עס קומט דיר אויס בעסער; קענסט לערנען שנעל, קענסט לערנען בעיון, דער עיקר זאלסטו זען זיך נישט צו לאזן נארן, עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען די הייליגע תורה. ווען עס קומט צו גשמיות דארט לאזט זיך דער מענטש נישט נארן, קיינער גייט נישט שלאפן הונגעריגערהייט, אז מען האט נישט קיין פיש און פלייש וועט מען עסן גרינצייג און דאס גלייכן, אזוי דארף א מענטש זיך פירן מיט לערנען תורה, זיך נישט לאזן נארן; נישט טראכטן 'מארגן וועל איך זיין אויסגערוט וועל איך דעמאלט לערנען', 'קומענדיגע וואך וועל איך זיין מער מסודר וועל איך נעמען א חברותא', 'דעם קומענדיגן חודש ווען אלעס וועט אריבערגיין וכו' הויב איך אן מיט א פרישקייט צו לערנען', 'דעם אנדערן יאר וועל איך אנהויבן לערנען', דאס מיינט זיך גענאר'ט; וואלט דער מענטש געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער וואלט נישט געקוקט אויף דעם אויב ער פארשטייט יא אדער ער פארשטייט נישט, דאן וואלט ער זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג און ער וואלט זוכה געווען אנצוקומען אזויפיל לערנען וואס א צווייטער קומט בכלל נישט אן דורכאויס דעם גאנצן לעבן. ביי אים וועט מקוים ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם; דו זיי ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג כאטשיג א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, ווען מען וועט דיר באגלייטן ביי דיין לויה וועט מען טראגן א ספר תורה, מען וועט נישט טראגן סתם אן ארון פון א נפטר, עס וועט זיין אן ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון: חֲמִשָּׁה חוּמְשֵׁי תּוֹרָה, נְבִיאִים וּכְתוּבִים, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, אלע מִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וכו', וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#884 - איך האב תשובה געטון און צוריק געקומען, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
כיבוד אב ואם, תשובה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס האט געהאט א שווערע דורכגאנג אין לעבן, איך קום פון א חסידישע משפחה, מ'האט מיר מחנך געווען זייער שטרענג און געצווינגען, זיך צו דערווייטערן פון די גאס, און ליידער אויך מיט א שנאה קעגן ברסלב. נאך מיין בר מצוה האט איך אנגעהויבן שפירן אז אידישקייט איז א שלעכטע זאך, און ליידער האב איך אפגעלאזט אידישקייט רחמנא ליצלן, כמעט פיר יאר האב איך זיך געפירט ווי א גוי רחמנא ליצלן. איך מוז דאנקען מיינע עלטערן וואס האבן מיר ווייטער מקרב געווען און נישט אוועק געווארפן אין די אלע יארן.


איין מאל האט א חבר מיינער מיר געגעבן צו זען א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א און פון מוהרא"ש, און פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן כאפן אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, פארקערט ס'איז די בעסטע זאך אויף דער וועלט. און דא קומט ווידער אריין די חשיבות פון מיינע עלטערן וואס האבן מיר געשטיצט און געהאלפן פארן צום רבי'ן אויף אומאן, כאטש וואס ביי זייער חסידות איז דאס גאר שטארק אפגעפרעגט.


ס'איז מיר נישט געווען גרינג צוריק צו קומען, אבער ס'האט זיך געלוינט, איך האב צוריק געלאזט וואקסן די בארד און פיאות, און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל ווייטער זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד. וויפיל מאל איך זאל דאנקען דעם ראש ישיבה וועט נישט זיין גענוג, איר האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען מדריך זיין ווי אזוי ווייטער ממשיך צו זיין אין לעבן מיט ערליכקייט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען אראפשרייבן דאס גרויסקייט פון דער וואס קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, עד כדי כך אז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך וואו די מענטשן וואס טוען תשובה קומען אן; ווייל דער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות, ער האט זיך שוין פארשמירט מיט אלע שמוץ, ער איז שוין געווען אין די טונקלסטע פלעצער השם ישמרינו, פלעצער וואו א צדיק איז קיינמאל נישט געווען, און ער האט באשאפן מיט זיינע זינד קליפות און משחיתים וואס לויפן אים נאך, זיי ווילן אים נאר צוריק שלעפן צו די אלע טונקעלע פלעצער; מיט דעם אלעם איז ער שטארק און ער גייט נישט צוריק צי די עבירות, ער גייט נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן מיט שטארקע קבלות, דעריבער איז ער זייער חשוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביז'ן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ – ביז'ן אייבערשטן אליינס.


איך בין גרייט דיר ווייטער מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן; דו זיי שטארק מיט דיין צלם אלקים מיט דיין בארד און פיאות. דיין בארד און פיאות ווייזט אז דו מיינסט עס ערנסט, אז דו ווילסט זיך טאקע צוריק קערן צום אייבערשטן.


זיי מכבד דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.

#883 - ווי אזוי קען איך מקרב זיין מיין טאטע צום רבי'ן?
כיבוד אב ואם, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף זיך באדאנקן אויף די שיעורים. איך בין דורכגעגאנגען אסאך שווערע נסיונות אין קדושה, און איך בין געראטעוועט געווארן נאר דורכ'ן הערן די שיעורים טאג טעגליך. אויך האב איך שוין מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה.


אויך האב איך באקומען אסאך חיזוק אין כיבוד אב, ס'איז מיר געווען זייער שווער מכבד צו זיין מיין טאטע, ווייל ער האט פארלאנגט פון מיר זאכן וואס ער אליין טוט נישט, איך ווייס געוויסע זאכן וואס יעדער איד איז מחויב צו טון יעדן טאג, ווי לערנען און דאווענען און לייגן תפלין, און ער טוט עס נישט. אבער מיט'ן ראש ישיבה'ס שיעורים האב איך זיך געקענט מחזק זיין אים מכבד צו זיין ווי אזוי ער איז.


איך ווייס אז אויב וועט ער אויך אנהויבן הערן די שיעורים, וועט אים עס אים לכאורה העלפן אין לעבן, אזוי ווי איך האב שוין געזען ביי חברים פאר וועמען איך האב עס געגעבן, אבער דער פראבלעם איז אז ער הערט נישט קיין שום שיעורים, ער לערנט נישט קיין ספרים און קונטרסים, און איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי אים צו ברענגען דערצו. איך קען נישט רעדן אפן צו אים, ער טאר נישט וויסן אז איך ווייס די אלע זאכן אויף אים, און איך דארף אכטונג געבן נישט פוגע צו זיין אין זיין כבוד.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי איך קען העלפן מיין טאטע, ער זאל אנהויבן הערן די שיעורים און זיך שטעלן אויף די פיס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר שווער צו מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם וועסטו קריגן מער שכר אויף דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף; אפילו עס קומט דיר אן שווער דארפסטו נאך אלץ מקיים זיין די גרויסע מצוה פון כיבוד אב ואם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן".


בעט דעם אייבערשטן אז אלע זאלן וויסן פון רבינ'ס עצות; דו, דיינע קינדער, דיין גאנצע משפחה און אלע אידן זאלן וויסן פון די זיסע עצות וואס דער רבי געבט אונז, עצות וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט. דער הייליגער רבי לערנט מיט אונז דאס וואס משיח וועט לערנען מיט אונז, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, משיח וועט מען פאלגן, עס וועט נישט זיין קיין בחירה", משיח וועט אריין ברענגען א ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; און דאס טוט שוין דער רבי מיט אונז יעצט, דער רבי ברענגט אריין און אונז אזא געטליכקייט, אזא ליכטיגקייט אז מיר שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז. און איינמאל אז מען שפירט דעם אייבערשטן הייבט מען אן רעדן צום אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע עלטערן זיי זאלן אויך מקורב ווערן; נאר דאס זאלסטו טון און ווייטער זאלסטו זיי מכבד זיין מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#882 - מעג מען קויפן עפעס פון א פירמע וואס איז אפשר געווען פון די נאציס ימ"ש?
מלחמה, דייטשלאנד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן לעבן. די שיעורים זענען הערליך שיין, און איך האב זייער הנאה.


איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה אז מ'זאל נישט קויפן קיין זאכן וואס קומט פון די נאציס. האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א פראבלעם צו קויפן פערפיום פון Coco Chanel, איז זי געווען א נאצי?


יישר כח פאר אלעס, און הצלחה אויף ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען זאל נישט קויפן זאכן וואס קומען פון די פארשאלטענע עמלקים - די דייטשן ימח שמם.


מוהרא"ש דערציילט פון דעם גרויסן צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו – דער ירושלים'ער רב, וואס ער האט געזאגט אז ער האט מקובל פון זיינע רבי'ס אויף די דייטשן, אז זיי זענען מזרע עמלק. און ווען דער דייטשער קיסר ווילהעלם איז געקומען קיין ארץ ישראל האט דער צדיק נישט געוואלט גיין אים מקבל פנים זיין, ער האט נישט געוואלט זען דעם פנים פון אן עמלקי.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "הלוואי וואלטן אלע תלמוד תורה'ס און מיידל סקולס גענומען די קינדער איין מאל א יאר צו א האלאקאסט מוזעאום, די קינדער זאלן זען וואס די רוצחים - די עמלקים - האבן געטון מיט אונזערע זיידעס און באבעס"; די רוצחים, די דייטשן זענען ערגער פון די ווילדסטע חיות! א חיה וועט נישט טשעפען א מענטש נאר ווען עס איז הונגעריג, ווידער זיי, די עמלקים - האבן גענומען אומשולדיגע מענטשן, מענער, פרויען און קינדער, זיי געפייניגט מיט די ערגסטע פייניגונגען וואס קיין שום בר דעת קען נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען דאס טון; דאס דארף מען חזר'ן מיט קינדער, זיי זאלן וויסן וואס די פארשאלטענע גוים זענען גרייט צו טון.


דו קענסט נוצן די פערפיום קוקו שנאל.

#881 - דארף מען פאסטן אדער נישט? ווי אזוי מאכט מען זיך פרייליך במילתא דשטותא?
שמחה, תעניתים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן קע"ט) אז ס'איז דא אן ענין צו פאסטן תעניתים און דאס ברענגט שמחה, אבער פון די אנדערע זייט האט דאך דער רבי געזאגט, "ווער עס ווייסט פון מיר דארף נישט פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן?", ווי אזוי גייען די צוויי זאכן אינאיינעם?


אויך האב איך געזען אין ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן מ"ח) אז מ'דארף זיך מאכן פרייליך מיט סיי וואס, אפילו "במילתא דשטותא", ווי אזוי ארבעט דאס און ווי אזוי איז מען דאס מקיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז נישט געלאזט פאסטן אייגענע תעניתים, נאר יום כיפור וואס איז א מצות עשה דאורייתא צו פאסטן, און די טעג וואס מיר דארפן פאסטן מדרבנן: תשעה באב, עשרה בטבת, י"ז בתמוז, תענית אסתר און צום גדליה. אבער לגבי זיך מאכן אייגענע תעניתים האט דער רבי געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר דארף נישט פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן?" ווייל ווען מען ווייסט פון רבי'ן, מען פירט זיך מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע שמוץ און עס נעמט אראפ אלע נישט גוטע זאכן וואס האט זיך אנגעקלעבט פון די עבירות, עס פעלט נישט אויס פאסטן.


דאס וואס דו פרעגסט, דער רבי זאגט דאך אז עס איז דא מדריגות וואס מען קען נאר צוקומען צו דעם נאר דורך פאסטן; קוק וואס רבי נתן בעט אין ליקוטי תפילות (ליקוטי תפילות חלק א', תפילה נ): "וּבְכֵן תְּרַחֵם עָלַי, וּתְזַכֵּנִי וְתוֹרֵנִי וּתְלַמְּדֵנִי, שֶׁאֶזְכֶּה לֵידַע בֶּאֱמֶת אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיַן הַתַּעֲנִיּוֹת שֶׁאֲנִי מְחֻיָּב לְהִתְעַנּוֹת בִּשְׁבִיל תְּשׁוּבָה עַל עֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", רבונו של עולם העלף מיר און לערן מיר, איך זאל וויסן ווי אזוי איך זאל זיך פירן מיט תעניתים, "כִּי אַתָּה לְבַד יָדַעְתָּ אֶת כָּל הַמְּנִיעוֹת וְכָל הַסְּפֵקוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי עַל זֶה", ווייל נאר דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך בין צעמישט און וויפיל בלבולים איך האב אין דעם, "עַד שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ לָתֵת עֵצוֹת בְּנַפְשִׁי כְּלָל בְּעִנְיַן זֶה שֶׁל תַעֲנִיּוֹת", איך קען זיך נישט אליינס אן עצה געבן צו וויסן אויב איך זאל פאסטן און וויפיל איך זאל פאסטן.


ביים רבי'ן איז געווען א שטיק צייט וואס דער רבי האט געהייסן אנשי שלומינו זאלן פאסטן, נאכדעם האט דער רבי געזאגט מען זאל אפלאזן די זאך פון פאסטן (אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן, סימן קפה), און דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) אז ער האט ער זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; און ווען ער וואלט געוואוסט צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין דורך די הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואלט ער נישט אזויפיל געפאסט און געטון סיגופים וכו'.


אויף די צווייטע פראגע, ווי מען איז מקיים וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹּחַ גָדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אַשֶׁר יוּכַל, וַאֲפִלּוּ בְּמִילֵי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך מיט'ן גאנצן כח און מיט וואס מען קען נאר, אפילו זיך נאריש מאכן; דאס איז מען מקיים פשוטו כמשמעו, מען דארף זיך פרייליך מאכן אויף אלע וועגן ווי אזוי מען קען נאר, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי צו זיין פרייליך.


שטארק זיך, ווער נישט צעבראכן פון גארנישט.


 

#880 - מ'האט מיר ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל איך טו דארט הפצה, וואס טו איך?
הפצה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און איך פרוביר צו מאכן הפצה אין מיין ישיבה, צו מקרב זיין די בחורים צום הייליגן רבי'ן. די ישיבה האט מיר זייער געווארנט אז איך זאל דאס נישט טון, איך האב עס אבער יא ווייטער געטון.


יעצט האט מען מיר ארויסגעווארפן פון ישיבה, זאגנדיג פאר מיין טאטע אז דאס איז ווייל איך פיר אן "מיסיאנערישע אקטיוויטעטן" אין ישיבה, ווייל איך מאך הפצה, און זיי קענען מיר נאר צוריק נעמען אויב וועל איך אויפהערן מיט די זאכן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר די משגיחים, מנהלים וכו' - אז דו וועסט מער נישט טון די אלע זאכן, וועט מען דיר צוריק נעמען אין ישיבה.


און דיר זאג איך: זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט הפצה; זאלסט נישט אפלאזן קיין איין זאך. זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז - אבער נישט אין ישיבה, נישט איבערדרייען די ישיבה; אז דו ווילסט גיין הפצה טו עס נישט אין ישיבה, אזוי וועלן זיי דיר צוריק נעמען און דו וועסט האבן א ישיבה.


דו קענסט טון הפצה אין דיינע זייטיגע צייטן, איבעראל, נאר נישט אין ישיבה.

#879 - ווי אזוי קען מען זאגן "ניין" פאר א מענטש?
חברים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט זאגן "ניין" פאר א מענטש. למשל ווען א חבר בעט מיר ארויסצוגיין עסן מיט אים, אדער אויב איינער וויל בארגן געלט פון מיר, אדער ביי אנדערע פעלער, ווען ס'קומט צו זאכן וואס איך וויל באמת נישט טון, וועל איך עס אבער יא טון ווי איידער צו זאגן ניין פאר יענעם.


האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך זייער אכטונג זאלסט זיך נישט פארפלאנטערן דיין לעבן מיט מענטשן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן מיט אונז דורכאויס אלע יארן: "א מענטש האט נישט קיינעם אויף די וועלט, אויב האט ער יא איינעם איז עס די ווייב"; אז חברים רופן דיר עסן מיט זיי, פארן מיט זיי, גיין און קומען וכו', - זאלסטו זיך ארויסדרייען מיט חכמה און נאר גיין מיט דיין ווייב, אז דו ווילסט אוועק פארן זיך אפרוען - פאר מיט דיין ווייב; פארן אויף וויקעישן מיט חברים און איבער לאזן די ווייב אין שטוב - איז נישט די וועג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זיך בעטן ביי אונז: "איך בעט אייך, גלייבט מיר, איך האב דאס שוין געזען און געלערנט אויף מיין בארד, מען דארף זיך אכטונג געבן פון מענטשן וכו'".


אפגערעדט פון בארגן געלט און נוצן דיין נאמען וכו' וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן פון מענטשן וואס בארגן און באצאלן נישט, מען דארף זיך ארויסדרייען מיט חכמה.


איינער וואס איז דיר מחזק אויף עבודת השם, ער געבט דיר עצות פאר'ן לעבן - מיט אים איז גוט זיך צו חבר'ן, אבער אויך מיט א מאס, מיט א גרעניץ, אז יענער הויבט אן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן, דארפסטו האבן שכל זיך נישט צו לאזן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן. עס זענען דא מענטשן וואס העלפן אנדערע און בשעת מעשה ווען יענער איז זייער ווארעם זעענדיג ווי מען העלפט אים וכו', וכו', געבן זיי א זעקל אויס דעם מענטש, מען בארגט כלומר'יש אסאך געלט און מיט דעם ענדיגט זיך דער סיפור, השם ישמרינו.


פארוואס גיין עסן מיט חברים? עס מיט דיין משפחה, עס מיט דיין ווייב; גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, פון די קטנות וואס רופט זיך 'חברים'. בעט דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, איך זאל נישט ווערן פארפלאנטערט מיט נישט גוטע מענטשן; העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן אז איך בין איינער אליין, איך האב קיינעם נישט נאר דיר איינציגער באשעפער".

#878 - ווי אזוי קען איך אויפווייזן פאר מענטשן אז מ'דארף זיך יא שערן?
חסידות ברסלב, מחלוקת, שערן די האר, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב עטליכע אין מיין משפחה וואס זייערע פרויען שערן זיך נישט, און זיי ברענגען כל מיני ראיות אז מ'דארף זיך נישט שערן, און זיי פרובירן אויך נאכצושלעפן אנדערע מיט זייערע שיטות.


עס זעט מיר אויס אז אויב וועל איך זיי ברענגען מראי מקומות איבער דעם חומר האיסור פון זוהר הקדוש וכו', וועלן זיי פאלגן. דעריבער בעט איך דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ס'איז מעגליך מיר צו שיקן ווי אמשנעלסטן מראי מקומות איבער דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט קלוגער פון שלמה המלך; שלמה המלך איז געווען דער חכם מכל אדם און ער זאגט אז עס א שאד צו רעדן מיט לצים, א שאד צו זאגן מוסר פאר מענטשן וואס ווילן נישט אנעמען וואס צדיקים זאגן.


אזוי זאגט שלמה המלך (משלי טו, יב): "לֹא יֶאֱהַב לֵץ, הוֹכֵחַ לוֹ", דער וואס שפעט אפ האט נישט ליב ווען מען מוסר'ט אים, מען ווייזט אים ווי אזוי זיך צו פירן, "אֶל חֲכָמִים, לֹא יֵלֵךְ", דעריבער גייט ער נישט צו קלוגע מענטשן, ער וויל נישט הערן וואס זיי וועלן אים זאגן, נאך זאגט שלמה המלך (יג א): "וְלֵץ, לֹא שָׁמַע גְּעָרָה", דער וואס שפעט אפ האט נישט צו געהערט קיין מוסר, ער הערט נישט צו וואס די צדיקים זאגן.


עס איז נישט כדאי זיך צו טענה'ן מיט מענטשן; אויב דו ווילסט זיי העלפן זאלסטו זיי מקרב זיין באופן כללי צום הייליגן רבי'ן. זאג זיי פון די שיינע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן. געב זיי צו הערן דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, די זיסע וואסער, מים חיים וואס קוועלט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה - וועלן זיי שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן", די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען, זענען נאכדעם אוועק געפאלן.

#877 - מעג איך זיך עקשנ'ען צו נעמען נאר א ברסלב'ע כלה?
שידוכים, חסידות ברסלב, סקול, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך הער כסדר ביי די שיעורים אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען און מתפלל זיין אז מ'וויל דוקא א ספעציעלער שידוך, מ'זאל זיך נישט אזוי שטארק וועלן ביי א שידוך. איך בין א בחור און איך וואלט זייער שטארק געוואלט האבן א כלה פון די "בית פיגא ברסלב" סקול, ווייל איך וויל אויפשטעלן א שטוב אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מעג איך זיך עקשנ'ען ביים אייבערשטן און מתפלל זיין אז איך וויל דוקא א כלה פון די ברסלב'ע שולע?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען בעט פאר א שידוך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן בכלליות, מען זאל זוכה זיין חתונה צו האבן און ברענגען קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, מען זאל זוכה זיין צו בויען אן ערליכע שטוב און זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


עס איז נישט כדאי זיך צו עקשן'ען דוקא אויף א תלמידה פון 'בית פיגא'; דער עיקר דארף מען בעטן אויף א ערליכע געזונטע מיידל מיט גוטע מידות. א מיידל וואס וויל לעבן א תורה'דיגע לעבן, א מיידל וואס וויל פירן א אידישע לעבן; וואס ווייסט א מענטש וואו זיין שידוך איז, אפשר איז די שידוך ערגעץ אנדערש? דו קענסט בעטן אז זי זאל לעבן מיט די עצות וואס מען לערנט אין בית פיגא און זי זאל זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


דאס ווייסטו דאך, אז נישט יעדער בחור וואס דריידט זיך אין ישיבה איז א תלמיד היכל הקודש, עס איז נישט גענוג זיך צו דרייען אין ישיבה אז מען זאל שוין אנגערופן ווערן א תלמיד היכל הקודש, מען דארף טון וואס מען לערנט אין היכל הקודש; אזוי אויך, נישט יעדע מיידל וואס דריידט זיך אין היכל הקודש ווערט פאררעכנט ווי א תלמידה וכו'.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך אויף דיין פשוט'ע שפראך, וועסטו זען ניסים.

#876 - אפזאגן א שידוך אויב די כלה וויל זיך נישט שערן די האר?
שידוכים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן אסאך כוחות אנצוגיין אויף לאנגע געזונטע יארן צו מזכה זיין אידישע קינדער.


איך בין א בחור, באלד 30 יאר אלט, און די מסורה ביי אונז איז אז די פרויען שערן זיך אפ נאך די חתונה, אזוי האט מען זיך געפירט ביי אונז אין אלע דורות, און יעצט טראגט מען מיר אן א גוטע שידוך, אבער ביי זיי אין די קהלה (א חסידישע קהלה) איז דאס איז נישט איינגעפירט, און זיי זענען נישט מסכים זיך צו שערן.


מיינע עלטערן און אויך אנדערע טענה'ן אז מען טאר נישט מוותר זיין אויף אונזער מנהג וואס האט הייליגע מקורות, אל תטוש תורת אמך. פון די אנדערע זייט זאגן אבער אנדערע אז מען דארף יא פארקוקן און מוותר זיין אויף דעם, מיט א טענה אז חתונה האבן איז א מצוה עשה דאורייתא, און דאס קומט פריער.


איך ווארט אויף א שנעלע ענטפער גאר וויכטיג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שאלה איז א שווערע שאלה; פון איין זייט, איז א גרויסע סכנה אז א פרוי נאך די חתונה בלייבט מיט אירע אייגענע האר, דאס איז א סכנה פאר איר, פאר איר מאן און פאר די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אבער וויסן זאלסטו אז פון די אנדערע זייט - צו זיין א בחור, איז נאך א גרעסערע סכנה. מען דארף חתונה האבן, מען דארף מקיים זיין די ערשטע מצוה אין די תורה פון פרו ורבו, און אז מען האט נישט חתונה, זאגט דער שלחן ערוך אינעם ערשטן סימן אין אבן העזר: "חַיָּב כָּל אָדָם לִשָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחויב חתונה צו האבן און געבוירן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים, וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת, וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און דער וואס האט נישט חתונה איז אזוי ווי איינער וואס פארגיסט בלוט און איז גורם אז די שכינה זאל נישט רוען צווישן די אידן; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט שוין כמעט דרייסיג יאר - קענסטו נישט קוקן אויף גארנישט, דו דארפסט שוין וואס פריער חתונה האבן.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדרגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש, אז מען קלויבט זיך און מען וועלט זיך בלייבט מען איינער אליין. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ב): "עס איז געווען א מלך וואס האט געבויט פאלאצן ביים ים וכו', דער מלך האט נישט געהאט קיין ווייב – זאגט דער רבי – ווייל ער האט זיך נישט געקענט אויסקלויבן; די וואס ער האט געוואלט האט אים נישט געוואלט און אזוי אויך פארקערט, די וואס האבן אים געוואלט האט ער נישט געוואלט"; דא איז דער רבי מרמז אז מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו זיין קלויבעריש, נאר אראפ גיין א שטאפל און חתונה האבן.


אז דו האסט א שידוך, א וואוילע ערליכע מיידל - זאלסטו גיין בשמחה טון די שידוך און וואס פריער חתונה האבן מיט איר, און מיט שיינעם וועסטו איר קענען געבן צו פארשטיין דאס שיינקייט און הייליגקייט פון זיך שניידן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#875 - ווי אזוי לערנט מען דעם רבינ'ס ספרים אויפ'ן סדר?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אנהויבן צו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויפ'ן סדר פון אינעווייניג, איך וויל וויסן וואו אנצוהויבן און וואו ווייטער צו גיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו ווילסט אנהויבן שיעורים אין רבינ'ס ספרים, ווייל מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז א ברסלב'ער חסיד, און אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן; אז דו פארשטייסט נישט די תורות זאלסטו דאס זאגן אן פארשטיין, דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערענען אז אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען זיך נישט אפשטעלן און זוכן צו פארשטיין (עיין שיחות הר"ן, סימן עו). אז דו וועסט לערנען אביסל ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל, וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


הויב אן קודם חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן, און ווען דו וועסט עס מסיים זיין זאלסטו לערנען חלק א'.


אויך מאך דיר א שיעור אין סיפורי מעשיות; דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף; אפילו איינער וואס שלאפט שוין, זיין נשמה איז שוין פארשלאפן, בבחינת 'אֲנִי יְשֵׁנָה', אבער דורך די מעשיות ווערט 'וְלִבִּי עֵר'.


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות; דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (וואס ער איז איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


ועל כולם זאלסטו לערנען ספר אשר בנחל, די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן; דארט וועסטו טרעפן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיר אויפהייבן פון אלע בלאטעס, און ליכטיג מאכן פון אלע טונקלקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#874 - ווי אזוי ארבעט די סגולה צו זאגן מסכת תענית צו ווערן א חתן?
שידוכים, הפצה, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן צו טון די סגולה פון מוהרא"ש צו זאגן מסכת תענית כדי צו טרעפן מיין שידוך. איך וויל וויסן וויפיל טעג מ'דארף זאגן מסכת תענית, איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן איבער דעם?


אויך האב איך געוואלט וויסן, אזוי ווי איך בין א פרישער מקורב, צי איך דארף אויך גיין הפצה?


איך פרוביר זיך שטארקן מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איך בין לעצטנס נאכאמאל געפארן צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און איך האב זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, יעדן טאג פון די שובבי"ם טעג; אין דעם זכות וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דא האסטו דעם בריוו (אשר בנחל-אידיש חלק ד, מכתב תכ) וואס מוהרא"ש האט געשיקט פאר די בחורים אנהויב שובבי"ם שנת תשע"ב:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם א' לְסֵדֶר שְׁמוֹת, י"ג טֵבֵת ה'תשע"ב


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל תַּלְמִידֵי הַיְשִׁיבָה הַקְדוֹשָׁה "תִּפְאֶרֶת הַתּוֹרָה" נֵרָם יָאִיר וְיִזְרַח.


הַיינְט הֵייבְּט זִיךְ אָן דִי פֶערְצִיג טֶעג פוּן שׁוֹבָבִי"ם, וָואס דָאס מֵיינְט דִי וָואכְן וָואס מֶען לֵיינְט שְׁ'מוֹת וָ'אֵרָא בֹּ'א בְּ'שַׁלַח יִ'תְרוֹ מִ'שְׁפָּטִים, זָאגְט דֶער אֲרִ"י הַקָדוֹשׁ דִי טֶעג זֶענֶען מְסוּגָל צוּ פַארְרֶעכְטְן אַלֶע פְּגָמֵי הַבְּרִית וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט פּוֹגֵם גֶעוֶוען, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן פ"ז) אַז דָאס אִיז גוֹרֵם פַאר אַ בָּחוּר עֶס זָאל אִים שְׁוֶוער אָנְקוּמֶען טְרֶעפְן זַיין בַּת זוּג, אוּן אוֹיךְ אַ אִינְגֶערְמַאן וֶועט אִים אָנְקוּמֶען שְׁוֶוער דִי שָׁלוֹם בַּיִת, אָבֶּער אוֹיבּ עֶר וֶועט תְּשׁוּבָה טוּן, וֶועט אִים אַלֶעס פַארְרָאכְטְן וֶוערְן.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין סְפָרִים הַקְדוֹשִׁים אַז דִי פֶערְצִיג טֶעג דַארְף מֶען פַאסְטְן, אָבֶּער עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אָנְגֶעזָאגְט נִישְׁט צוּ פַאסְטְן אוּן מֶען זָאל נִישְׁט נֶעמֶען פַאר זִיךְ אַלֵיין תַּעֲנֵיתִים, עֶס אִיז עֶנְק אַלֶע בַּאוואוּסְט וֶוען אִיך בִּין גֶעוֶוען בַּיי עֶנְק אִין דִי יְשִׁיבָה חֲמִשָׁה עָשָׂר בְּאָב, וָואס אִיז פֶערְצִיג טֶעג פַאר רֹאשׁ הַשָׁנָה, הָאבּ אִיךְ גֶעזָאגְט אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי וֶועלְן עֶנְדִיגְן יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, וֶועלְן טְרֶעפְן אַ גוּטְן שִׁידוּךְ, אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען קְלוּגֶע בָּחוּרִים וָואס הָאבְּן אָנְגֶענוּמֶען מַיינֶע וֶוערְטֶער אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעלֶערְנְט מַמָשׁ מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, אֲפִילוּ עֶס אִיז זֵיי אָנְגֶעקוּמֶען זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער, אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁוֶוערֶע צַייטְן וְכוּ', וִוי פַארְפְלֵייצוּנְגֶען וְכוּ', אוּן עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין עֶלֶעקְטֶערִיק וְכוּ', אוּן מֶען הָאט גֶעדַארְפְט לֶערְנֶען מִיט לֶעכְט וְכוּ', הָאט זֵיי דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים גֶעהָאלְפְן, אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעטְרָאפְן יֶעדֶער אֵיינֶער אַ גוּטְן שִׁידוּךְ, אוּן דִי וָואס זֵיי הָאבְּן נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן וְכוּ', קֶען זַיין אַז זֵייעֶר אֱמוּנָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אַזוֹי שְׁטַארְק, אִיבֶּערְדֶעם בִּין אִיך מַצִיעַ כַאפְּט אַרַיין כָאטְשֶׁע דִי פֶערְצִיג טֶעג פוּן הַיינְט אָן לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, אַנְשְׁטָאט צוּ פַאסְטְן, וֶועט עֶטְץ זֶען וואוּנְדֶער אִיבֶּער וואוּנְדֶער דָאס אַלֶע וֶועלְן אִם יִרְצֶה הַשֵׁם טוּן גוּטֶע שִׁידוּכִים, נָאר זִיךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ זַיין".


בנוגע הפצה וכו'; יעדער איינער דארף עוסק זיין אין הפצה, נישט קיין חילוק פרישע מקורבים אדער אלטע מקורבים, אזוי האט אונז דער רבי געהייסן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און רבי נתן. רבי נתן איידער ער איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אֵיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא.


יעדער איינער דארף טראכטן: 'ווי אזוי קען איך העלפן אריין ברענגען די לימודים פון רבי'ן אין די וועלט'; מען דארף זיין שטארק מיט 'געלט', מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, איינער קען דרוקן - זאל ער דרוקן, איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו' זאל ער דאס טון; יעדער איינער דארף עוסק זיין אין דעם, נעמען א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


אז דו ביסט געווען אין יבניאל ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט תהילים וועסטו זיכער בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#873 - פארוואס האט מוהרא"ש צוגעזאגט אזויפיל הבטחות?
מוהרא"ש, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות, איך בין זיך מחיה מיט יעדע שיעור באזונדער.


איך וויל פרעגן פארוואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט אזויפיל הבטחות אויף יעדע זאך, אויף ווער ס'וועט קומען צו זיין ציון, טראגן זיין קמיע, מקוה מלכה, דרוקן אשר בנחל, און אזוי ווייטער.


מ'טרעפט עס נישט אזוי ביי אנדערע צדיקים, פארוואס האט מוהרא"ש דאס יא געטון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפ'ן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן; מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן איז דאך פשוט אז דער אייבערשטער איז מבטל אלע גזירות צוליב אים.


דאס האט מען געזען און דאס זעט מען ביי אלע צדיקים וואס האבן עוסק געווען אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן געהאט א כח צו ברענגען ישועות; קיינער האט זיי נישט געקענט אפהאלטן און שטיין אין זייער וועג. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה, קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


עס איז מקובל פון צדיקים אז יעדע זאך וואס מען טוט מיט מסירות נפש האט א כוח צו ברענגען ישועות פאר אידישע קינדער, און אזוי ווי מוהרא"ש האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, בפרט פאר בחורים און מיידלעך - זיי צו ראטעווען פון עבירות. קיינער ווייסט נישט אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט וואס בחורים גייען אריבער, ווי זיי פאלן אין עבירות רחמנא לצלן, בחורים זענען פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; קיינער האט נישט קיין ווערטער זיי צו מחזק זיין, קיינער קוקט נישט אויף זיי, ווידער מוהרא"ש האט דורכאויס זיין גאנץ לעבן געשריבן ספרים און קונטרסים זיי צו מחזק זיין, זיי שטארקן. מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען ער וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין פאר אלע בחורים, ער וועט טענה'ן פאר'ן בית דין של מעלה: "וואס זענען בחורים שולדיג אז זיי פאלן אראפ אין עבירות?!" דעריבער האט מוהרא"ש צוואה געלאזט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; ווייל ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר בחורים און מיידלעך האט ער זוכה געווען ווייטער צו העלפן בחורים און מיידלעך אויף יענע וועלט.


אויך האט מוהרא"ש זיך מוסר נפש געווען צו בויען א מקוה אין יבנאל מיט מסירת נפש, ווען מען האט נישט געלאזט בויען די מקוה אין יבנאל, און דער רב אין יבנאל האט איינגערעדט אז זיין מקוה איז כשר, ער האט מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות רחמנא לצלן, ווייל עס איז נישט געווען קיין רעגן וואסער אינעם אוצר, קומט אויס אז אלע וואס האבן זיך גע'טובל'ט האבן זיך גע'טובל'ט אין א פשוט'ע וואנע רחמנא לצלן. די פארשאלטענע רעגירונג, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט בויען א מקוה, האט מוהרא"ש געבויט אינמיטן די נאכט שטילערהייט א מקוה מיט שרעקליכע פיין, דערפאר האט מוהרא"ש צוגעזאגט אז יעדע פרוי וואס וועט נוצן די "מקוה מלכה" וועט האבן קינדער, אפילו פרויען וואס קענען קיין קינדער נישט האבן בדרך הטבע וועלן זוכה זיין צו קינדער, און דאס זעט מען קלאר.


איך אליינס קען אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער, די דאקטורים האבן זיי מייאש געווען פון האבן קינדער, אבער זיי זענען געפארן קיין יבנאל און גענוצט די סגולה און זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; ווייל א זאך וואס מען לייגט אריין דערין מסירות נפש האט א כח צו ברענגען אלע סארט ישועות.


אזוי אויך מיט'ן דרוקן דעם ספר אשר בנחל; די בריוו האט מוהרא"ש געשריבן מיט מסירות נפש צו מחזק זיין אידישע קינדער זיי זאלן זיך צוריק קערן צום איבערשטן, דערפאר האט דאס א כח צו ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות. וואויל איז דעם וואס העלפט דרוקן די ספרים, ער וועט זוכה זיין צו זען אפענע ישועות און אפענע רפואות .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.