שאלה אין קורצן ענין
#597 - איך בין אן עלטערער בחור, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן אין ישיבה?
בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, צוויי און צוואנציג יאר אלט, און איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך לערן אין א ישיבה פאר עלטערע בחורים, און איך שפיר ווי איך פאל דא אין רוחניות, די גאנצע ישיבה איז נאר עלטערע בחורים, און ס'טויג נישט דער מצב, למשל אום 10:30 אינדערפרי טאר מען נישט מאכן דא קיין רעש, ווייל די בחורים שלאפן נאך...


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב נישט וואו צו גיין ערגעץ אנדערש, אלע ישיבות פאר עלטערע בחורים זעען אויס בערך די זעלבע, און ארויסגיין פון ישיבה אויפ'ן גאס איז זיכער נישט קיין עסק.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט צו מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער קען דען פארשטיין די צער פון א בחור; עס אי נישט דא נאך אזא ווייטאג ווי דער ווייטאג וואס א בחור גייט אריבער. דער עיקר ווייטאג איז אז קיינער פארשטייט אים נישט, אלע יאגן אים; אין שטוב יאגט מען אים ער זאל גיין אין ישיבה און אין ישיבה פארלאנגט מען פון אים אן א שיעור וכו' אין די צייט וואס ער דראפעט זיך וכו' און יעדע סעקונדע שפירט ער ווי ער קען נישט מער אויסהאלטן דאס פייער וואס ברענט אין אים. ער האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ ביי זיך אז ער גייט זיין הייליג שפירט ער כאילו מען מיינט נישט אים, ער שפירט ווי ער האט נישט מער קיין בחירה, ער קען דאס נישט אויסהאלטן.


אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט און אונז געשיקט די נשמה פונעם הייליגן רבי'ן - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו וואס ווייזט פאר אלע בחורים די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז דער אייבערשטער ווארט מען זאל קומען צו אים און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, דעמאלט עפנט זיך אויף פאר אים א נייע וועלט, ער הייבט אן לעבן א זיסע לעבן; עס שטערט שוין נישט וואו מען איז וכו' ווייל מען שפירט דעם אייבערשטן איבעראל.


אין אנהייב קומט נישט אן גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, עס דאכט זיך אים אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס און עס קומען אים אריין שלעכטע מחשבות וכו'. די עבירות וואס ער האט געטון רודפ'ן אים, זיי גייען אים נאך און לאזן אים נישט אפ. אבער אז מען טוט תשובה און מען קוקט נישט אויף די אלע מחשבות, מען גלייבט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז נישט פארהאנען", און מען שטופט זיך צו רעדן צום אייבערשטן, דאן ווערט דער מח צוביסלעך ריין און מען הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


טייערער ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועט דיר נישט זיין קיין חילוק די ישיבה אדער יענע ישיבה, וואו דו וועסט זיין וועסטו זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#596 - ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלע סדר היום?
מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן ווי אזוי איך זיך מסדר זיין מיין טאג, ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלער סדר היום?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע מענטש איז א וועלט פאר זיך; איינער דארף שלאפן אסאך, מה שאין כן פאר א צווייטן איז גענוג ווייניג שלאף. איינער דארף מער צייט ווען ער שטייט אויף אינדערפרי, ווידעראום א צווייטער איז מער פלינק און עס נעמט אים בלויז געציילטע מינוט צו זיין גרייט צום דאווענען וכו' וכו', ממילא איז נישט שייך צו געבן דעם מענטש א סדר ווי אזוי זיך צו פירן.


אין ברסלב איז געווען א גרויסער מענטש רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה; ווען מען האט אים געבעטן ער זאל געבן הנהגות, א סדר היום, פלעגט ער זאגן: "מען קען נישט געבן קיין הנהגות און א סדר היום פאר א מענטש, איין הנהגה קען מען געבן דעם מענטש, מען קען אים מחזק זיין ער זאל רעדן צום אייבערשטן"; ווי קען מען געבן א סדר היום פאר א צווייטן? עס קען זיין אז די הנהגה וואס איז ביי איינעם א גוטע הנהגה איז פאר א צווייטן נישט גוט וכו', נאר איין זאך קען מען מעודד זיין א מענטש - אויף התבודדות, מען זאל יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


דעריבער אז דו בעטסט א סדר היום ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסטו טון וואס דער הייליגער רבי פלעגט טון יעדן אינדערפרי. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך זיך איבער צום אייבערשטן; נישט נאר מיין טאג, נאר "וְשֶׁל בָּנַי", איך געב איבער די טאג פון מיינע קינדער, "וְהַתְּלוּיִים בִּי", און פון אלע מענטשן וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פאר'ן אייבערשטן, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אז זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי דער אייבערשטער וויל. "וְזֶה טוֹב מְאֹד", אז מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן איז זייער גוט, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל אזוי דארף מען נישט איבער טראכטן צי מען האט יא גוט געטון אדער נישט, ווייל מען האט זיך דאך איבער געגעבן צום אייבערשטן. "וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר – הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", און אז דער אייבערשטער וויל אנדערש איז דאך ווייטער גוט; אזוי פלעגט זיין דעם רבינ'ס סדר היום אינדערפרי - זיך איבער געבן צום אייבערשטן.


יעדן אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלטו זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אים בעטן אויף דיין טאג דו זאלסט האבן א גוטע טאג; דער עיקר זאלסטו בעטן דו זאלסט זיין און א גוטע מאד - א רואיגע און פרייליכע גיסטע, דורכדעם וועט דיר דיין גאנצער טאג זיין אן אנדערע טאג. אז מען הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די טאג זאל זיין מיט הצלחה און מען געבט זיך איבער צו אים, איז אלעס גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#595 - מעג איך זיך אריינמישן ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק אויף די הערליכע געוואלדיגע חיזוק שיעורים.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך וועגן כיבוד אב ואם, און דעריבער וויל איך פרעגן מיין שאלה, כאטש ס'איז נישט אזוי אנגענעם.


איך בין א בחור, און מיינע עלטערן קריגן זיך זייער אסאך ארום, נישט מיט הענט חלילה אבער מיט ווערטער האבן זיי אסאך שווערע ויכוחים צווישן זיך, און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן.


איבערהויפט איז מיין שאלה אז מיין מאמע בעט מיר אסאך מאל זיך אריינצומישן, ובפרט וואס לויט מיין מיינונג איז זי גערעכט, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


אויב מעגליך דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן ווי שנעלער, נאך פאר בין הזמנים ווען איך בין אסאך מער אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט גרויס צער ווען איך האב געליינט דיין שאלה; עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן פון דיר די צער וואס דו האסט צוזעענדיג ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און זיי פרובירן דיר אריין צו שלעפן אין זייער קריגעריי. א קינד ווערט צעריסן פון דעם וואס זיינע עלטערן קריגן זיך, ווייל מען ווייסט נישט וואס צו טון; איין רגע שפירט מען ווי דער איז גערעכט וכו' אבער נאכדעם טראכט מען 'אבער איך האב דעם אויך ליב וכו'', מען קען ממש משוגע ווערן פון דעם.


מיט דעם אלעס וואס דו גייסט דאס אריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט חס ושלום נישט נעמען א שטעלונג ווען דיינע עלטערן קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן; זאלסט זען צו העלפן אין שטוב אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין קריגערייען, און אויב עס ברעכט אויס א קריג זאלסטו זוכן נישט צו זיין אינדערמיט. ענדערש זיץ אין בית המדרש אדער נעם אן ארבעט פאר בין הזמנים, ווי איידער צו זיצן אינעם קריג.


דו פון דיין זייט זאלסט זיך פירן מיט גוטע מידות, זאלסט שיין רעדן סיי צו דיין טאטע און סיי צו דיין מאמע. ווייל דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף מיט גוטע מידות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ"  - זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#594 - איך קען זיך נישט היטן די אויגן, זאל איך פונדעסטוועגן גיין אין מקוה?
קדושה, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער לעצטנס אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה, מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך גיי אין מקוה קען איך זיך נישט היטן די אויגן, איך שפיר אז איך בין א זריז ונפסד. וויל איך וויסן אויב איך זאל פון דעסט וועגן נאכאלץ גיין אין מקוה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך טובל'ן אין מקוה; דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע זיינע עבירות און עס היט אים אפ אויף ווייטער נישט אראפ צו פאלן. אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב): עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה וכו', און ווען ער האט געזען אז ער האט נישט קיין מקוה האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה; אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה? אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר דא זעט מען וואס מקוה איז. א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה, וועט אים די מקוה צוריק האלטן פון טון עבירות.


אז דו קענסט זיך נישט היטן די אויגן דארפסטו דאך הערשט גיין אין מקוה כדי אראפ צו נעמען פון דיר אלע פלעקן מיט וואס דו האסט זיך פארשמירט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִלְמָלֵי נִתְּנָה רְשׁוּת לָעַיִן לִרְאוֹת אֵין כָּל בִּרְיָה יְכוֹלָה לַעֲמוֹד מִפְּנֵי הַמַּזִּיקִין וכו', כָּל חַד וְחַד מִינַּן, אַלְפָּא מִשְּׂמָאלֵיהּ וְרִבְבָתָא מִימִינֵיהּ", ווען מען וואלט ווען געקענט זען די קליפות וואס שטייען ארום זיך, וואלט א מענטש דאס נישט געקענט אויסהאלטן, ער וואלט גע'חלש'ט פון שרעק; מיט א יעדע שלעכטע קוק וואס מען קוקט באשאפט מען קליפות ומשחיתים רחמנא לצלן וואס באגלייטן דעם מענטש און לאזן אים נישט אפ, אבער ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה פארלירן זיי די שייכות מיטן מענטש, ווייל קליפות זענען רוח און 'רוח' מיט 'מים' גייט נישט צוזאמען. און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן נד): "עַל-יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם, עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה, נִמְתָּק הַדִּין", אויב מען האלט איין די אטעם אונטערן וואסער ווי לאנג מען קען שוין נישט אטעמען, דעמאלט ווערן נמתק אלע דינים.


גיי אין מקוה יעדן טאג וועסטו אלעס פאררעכטן; רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן"; פראביר צו גיין אין צייטן ווען עס איז מער ליידיג וכו' אזוי וועט דיר עס אנקומען גרינגער.

#593 - ווי אזוי קען מען ווערן קלוג פון גמרא, אויב זאגט מען בלויז?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ווי איר רעדט אסאך צו די בחורים וועגן דעם סדר דרך הלימוד, איך גלייב ב"ה אין צדיקים, איך גלייב אין מוהרא"ש, איך האב אבער א גרויסע קשיא אויפ'ן דרך הלימוד צו זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


יעדער ווייסט אז לערנען גמרא מאכט קלוג, אזוי וויי אז מ'זאגט אז אפילו גוים אין צפון קארעא לערנען גמרא זיך אויסצושארפן די קעפ, איז מיין שאלה אז קען מען בלויז זאגן די ווערטער פון די גמרא, ווי אזוי קען דאס מאכן קלוג? אז מ'פארשטייט נישט און מ'מוטשעט זיך נישט אויף א שטיקל גמרא, ווי אזוי ווערט דער קאפ אויסגעשארפט פון דעם?


איך פרעג נישט ח"ו אפצופרעגן, נאר איך וויל באמת פארשטיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו); עס איז נישט שייך צו גיין אויף דעם אין וויכוחים; ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא"; ווען איינער איז קלוג, ער נעמט אן די ווערטער פון די תורה און פון די הייליגע צדיקים - טוט ער קיינעם נישט קיין טובה, ער טוט נאר פאר זיך אליינס א טובה, און ווען איינער מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיקים, מאכט ער פון זיך אליינס ליצנות.


בנוגע לערנען אן פארשטיין; חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן חס ושלום, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן - דאך האט דאס דער אייבערשטער ליב; אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


קוק וואס דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, "לָעֵי בָּהּ", מוטשעט ער זיך, "וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", און לערנט אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", גייט יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט דאס איין אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


די תורה איז נישט קיין גשמיות'דיג זאך אזוי ווי דו שרייבסט וכו' פון גוים וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קי) אויפן פסוק (יהושע א, ח): "לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ", - "כִּי הַתּוֹרָה הִיא רוּחָנִיּוּת", די תורה איז א רחניות'דיגע זאך, "וַאֲשֶׁר זַךְ וְיָשָׁר פָּעֳלוֹ, וְשִׂכְלוֹ רוּחָנִי יָכוֹל לִתְפֹּס כָּל הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ וְלֹא יִשְׁכַּח דָּבָר", ווער עס פירט זיך ערליך און הייליג דער קען פארשטיין די תורה און וועט גארנישט פארגעסן, "כִּי דָּבָר רוּחָנִי אֵינוֹ תּוֹפֵס מָקוֹם, וִיכוֹלָה הַתּוֹרָה לְהִתְפַּשֵּׁט וְלִשְׁכֹּן בְּשִׂכְלוֹ", ווייל א רחניות'דיגע זאך פארנעמט נישט קיין פלאץ, עס קען זיך צעשפרייטן אן קיין שיעור, "אַךְ מִי שֶׁהוּא מְגַשֵּׁם דִּבְרֵי הַתּוֹרָה וְעוֹשֶׂה מִמֶּנָּה מַמָּשׁוּת, אֲזַי יֵשׁ לָהּ שִׁעוּר וְקִצְבָּה כַּמָּה הוּא יָכוֹל לִתְפֹּס בְּשִׂכְלוֹ וְלֹא יוֹתֵר", ווער עס קוקט אויף די תורה ווי א גשמיות'דיגע זאך, דער קען נישט זוכה זיין צו די תורה נאר וויפיל עס גייט אריין אין זיין מח. מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק: "לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה", מיטן פסוק (שְׁמוֹת י, כא): "וְיָמֵשׁ חֹשֶׁךְ", אז יָמוּשׁ איז א לשון פון ממשות, דאס ווארנט אונז די תורה: "הִזָּהֵר שֶׁלֹּא תִּהְיֶה מַמָּשׁוּת וְגַשְׁמִיּוּת בְּדִבְרֵי הַתּוֹרָה", מאך מישט קיין גשמיות פון די תורה, נאר קוק אויף די תורה ווי א זאך וואס איז רוחניות וועסטו מצליח זיין.

#592 - וואס טוט איך אז איך שעם זיך צו דערציילן מיינע עבירות פאר'ן אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תשובה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, האלט איך זיך צוריק, ווייל איך שעם זיך פשוט פונעם אייבערשטן מיט די עבירות וואס איך טו. אויך ביינאכט ווען איך וויל איבערגיין מיין טאג מיט'ן אייבערשטן, שעם איז זיך צו רעדן ווי אזוי מיין טאג איז נעבעך אריבער. און צום סוף קומט אויס אז איך רעד גארנישט צום אייבערשטן, האט איר עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו שעמסט זיך פונעם אייבערשטן; בושה איז א גוטע מידה און דאס איז איינע פון די מידות וואס אידישע קינדער פארמאגן (עיין יבמות עט.).


אבער נישט דאס זאל דיר מאכן זאלסט נישט רעדן צום אייבערשטן; אדרבה, זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן פארשעמטערהייט: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות", דורכדעם וועט אראפ גיין פון דיר אלע דינים. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, דף מא.) אז א מענטש זאל דערציילן אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון פאר'ן אייבערשטן אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס, זעט אלעס און ווייסט וואס גייט זיין. לכאורה, פארוואס פעלט אויס צו דערציילן אלע נישט גוטע מעשים וואס מען טוט אז דער אייבערשטער ווייסט אלעס? זאגט דער זוהר הקדוש, ווייל דער שטן שטייט און איז מקטרג אויף דעם מענטש, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלע שלעכטע זאכן וואס דער מענטש טוט. איז אויב קומט דער מענטש פאר דעם און זאגט אויס פארן אייבערשטן וואס ער האט געטון, דאן קען דער שטן מער נישט קומען מקטרג זיין, "וְעַל דָּא, אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי", דעריבער פאר מען גייט שלאפן זאל מען דערציילן אלעס פארן אייבערשטן, אזוי קען דער שטן מער נישט מקטרג זיין.


דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע מעשים, בעט אים ער זאל דיר אפהיטן און העלפן זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, און זאג אים צו אז מארגן וועסטו שוין זיין גוט; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען אומקערן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה.

#591 - מעג א פרוי גיין אויף א בית החיים?
הלכה, רפואה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט אסאך די שיעורים און חיזוק, און איך בין זייער מחיה מיט דעם.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין צו א ציון פון א צדיק און זיך דארט אויסבעטן, און איך פרובירט טאקע צו גיין אסאך. מיין שאלה איז אבער אזוי ווי איך ווארט יעצט ב"ה וכו', און כדאי אנצוקומען צום ציון פון צדיק דארף מען דורכגיין א גרויס טייל פונעם בית החיים, און ווי איך ווייס פירט מען זיך אז א פרוי וואס ווארט וכו' גייט נישט אין א בית החיים, וויל איך וויסן אויב איך מעג דורכגיין דעם בית החיים אנצוקומען צום ציון פון א צדיק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע צי פרויען מעגן גיין אויף א בית החיים וכו'.


עס זענען דא וואס זענען שטענדיג זייער מקפיד אויף דעם אז פרויען זאלן בכלל נישט גיין אויף א בית החיים - בפרט אין די נישט ריינע וכו', וואדעראום זענען דא וואס זענען נאר מקפיד נישט צו גיין אין די טעג וואס מען ווארט וכו'. אין ברסלב איז דער מנהג אז פרויען גייען צו קברי צדיקים אלע טאג און אין אלע צייטן וכו', אזוי ווי דעם רבינ'ס מאמע די גרויסע צדיקת פיגא עליה השלום האט זיך געפירט, אז פאר דער הייליגע רבי איז געבוירן געווארן, ווען זי האט געווארט וכו', פלעגט זי גיין כסדר צום ציון פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זי פלעג דארט וויינען ביים ציון אז דאס קינד וואס זי ווארט זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק. זי פלעגט זיך פארזוימען ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב מיט תפילות און מייחד זיין שמות און יחודים (עיין בספר פעלת הצדיק, סימן יט). דעריבער דארפט איר זיך נישט צוריק האלטן צו גיין מתפלל זיין פאר אייך, פאר אייערע קינדער און פאר דאס קינד אז זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים - אפילו איר דארפט אריבער גיין דעם בית החיים ביז איר קומט אן צום ציון פונעם צדיק, ווייל די תפילות וואס א מאמע בעט פאר אירע קינדער בפרט ביי קברי צדיקים איז זייער חשוב אין הימל, יעדע תפילה גייט ארויף אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#590 - מיין מאן איז א מלמד, דארף ער האבן אויסער דעם נאך א שיעור?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קינדער, לימוד התורה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען זייער מחזק, און פאר די הערליכע ניגונים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


איך בין א פרוי, און מיין מאן איז א מלמד. איך וויל זייער שטארק אז ער זאל גיין ביינאכט צו א שיעור תורה, אבער ער זאגט אז ער לערנט תורה מיט די קינדער אין חדר און ער איז שוין יוצא מיט דעם, איך ווייס אבער נישט אויב ער איז גערעכט מיט דעם.


איך וויל זייער האבן א חלק אין זיין תורה, איך שטיי אויף יעדן אינדערפרי און איך גרייט אים צו עסן און אלעס וואס ער דארף, ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט מיט די קינדער אין חדר, איך וויל אבער אזוי שטארק אז ער זאל האבן אויך א געהעריגע שיעור אין תורה יעדע נאכט.


זאל איך אים מחזק זיין ער זאל גיין לערנען ביינאכט? און אויב יא, וואס זאג איך אים? ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל וועלן גיין לערנען ביינאכט?


אגב, מיר ווארטן שוין דריי יאר אויף קינדער, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מאכן אביסל התבודדות אויף דעם, איך פיר זיך צו שרייבן צום אייבערשטן, איך האב געשריבן פאר'ן אייבערשטן א דאנק בריוו אז מיר האבן נישט קיין קינדער, אבער ווען איך האב עס געוויזן פאר מיין מאן האט ער געזאגט אז ער פארשטייט דאס נישט, פארוואס זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין קינדער? מיר דארפן נאר בעטן אויף דעם. וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ריכטיגער וועג צו טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; אמת, ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, אבער עס איז נישט אזוי. מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפקלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


הדבר הראשון בעט איך אייך איר זאלט זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו האבן א מאן וואס איז עוסק אין אזא הייליגע ארבעט און עס זאל אייך נישט באדערן אז ער גייט נישט ביינאכט לערנען וכו'. איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען זייער אייגענע שיעורים: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך"; ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דערפאר זאלט איר זיך פרייען אז אייער מאן איז זוכה צו לערנען א גאנצן טאג תורה לשמה; איר דארפט פארשטיין אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג, די גאנצע כח און מח ווערט אפגעשוואכט נאך א טאג זיצן מיט קינדער, זאלט איר אים נאר מחזק זיין און אים מכבד זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אז ער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. עס פעלט נישט אויס צו שרייבן פאר'ן אייבערשטן בריוון וכו'; ווען מען איז צוקריגט מיט איינעם און מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם הייבט מען אן מיט א בריוו, ווייל מען שעמט זיך אנצוהייבן רעדן מיט יענעם וכו', אבער מיט'ן אייבערשטן דארף מען זיך נישט שעמען צו רעדן, דעם אייבערשטן דארף מען בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער, ביז ער וועט אייך העלפן.


אודאי זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. אז איר האט א טייערע מאן וכו', אז איר זענט ביידע געזונט וכו' און אז איר ווייסט פון הייליגן רבינ'ס עצות אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען זיך נאר ווענדן צו אים, אויף דעם אלעם זאלט איר אים דאנקען און נאכן דאנקען בעטס אים: "רבונו של עולם, גרויסער באשעפער, וואס דו האסט באשאפן אזא גרויסע שיינע וועלט, העלף מיר, געב מיר קינדער"; שמועסט מיט אים אזוי ווי חנה – שמואל הנביא'ס מאמע - האט געבעטן קינדער, אזוי ווי מיר געפונען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד. זי האט גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן: "ה' צְבָאוֹת" זאגן חז"ל (ברכות, שם) אז זי האט געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט באשאפן אזא גרויסע וועלט, בעט איך דיר געב מיר א קינד", בעטס אויך אזוי דעם אייבערשטן וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר מיר מבשר זיין א פרייליכע בשורה.

#589 - מעגן די מיידלעך מיטזינגען די זמירות שבת?
שבת קודש, הלכה, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און דרשות.


איך האב געהערט לעצטנס ביי א דרשה ווי איר זאגט אז די משפחה קען זינגען אינאיינעם די זמירות שבת, דער טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער.


איך מיין אז דאס איז קעגן די הלכה, אויב ווייס איך גוט איז די הלכה אז דער טאטע מעג טאקע הערן זיין ווייב און טעכטער זינגען, אבער למעשה איז קול באשה ערוה, און ער טאר נישט זאגן קיין דברים שבקדושה בשעת זיי זינגען. אזוי ווי ווען זיי זענען נישט צוגעדעקט צניעות'דיג איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר'ן טאט'ן און מאן, אבער ער טאר נישט דעמאלט זאגן קיין דברים שבקדושה אין פארנט פון זיי.


איך האף איר וועט מיר דאס ענטפערן און קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (ג' אלפים, תמ"ד) פרעגט איינער אן מוהרא"ש אזא שאלה: "איך פיר זיך צו זינגען זמירות שבת קודש צוזאמען מיט מיינע קינדער, אבער היות איך האב שוין עלטערע מיידלעך, וויל איך פרעגן אויב זיי מעגן מיט זינגען צוזאמען מיט מיר די זמירות שבת?" און מוהרא"ש ענטפערט אים: "אשריך ואשרי חלקך שאתה שר ומזמר זמירות בשולחן השבת עם כל הילדים", וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו זינגסט זמירות שבת ביי די סעודה מיט אלע דיינע קינדער, "שרבינו זכרונו לברכה הקפיד על זה מאד מאד, ורצה שאנשי שלומינו ישירו בכל שבת את שירי השבת ויאמרו את כל הזמירות ולא יתביישו מאף אחד, כי עיקר היהדות זה תמימות ופשיטות", ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זינגען יעדן שבת ניגונים לכבוד שבת, און מען זאל זאגן און זינגען אלע זמירות און זיך נישט שעמען פון קיינעם, ווייל זינגען זמירות אין שבת איז אן עיקר אין אידישקייט.


זאגט מוהרא"ש ווייטער: "ולכן גם הבנות הגדולות יכולות לשיר, כי סוף כל סוף זה בתוך המשפחה", דעריבער קענסטו זינגען מיט דיינע מיידלעך די זמירות ווייל דאס איז דאך דיין משפחה. "וכמובן, שאסור שיהיו שמה אנשים זרים", פארשטייט זיך אז עס טארן זיך נישט געפונען דארט פרעמדע מענטשן, ווייל (ברכות כד:): "קוֹל בְּאִשָּׁה - עֶרְוָה", פרעמדע מענטשן טארן נישט הערן פרויען זינגען, "אבל בתוך המשפחה, שלא נמצאים רק אתה ואשתך והילדים - מותר גם לבנות הגדולות לשיר", אבער מיט דיין משפחה אליין, ווען נאר דיין ווייב און קינדער זענען ביי די סעודה קענען זיי מיט זינגען די זמירות.


מוהרא"ש פירט אויס די תשובה: "וזה מעיקר החינוך - לחנך את הילדים שישירו זמירות בשבת, שזה דבר גדול מאד מאד", זינגען זמירות מיט די קינדער איז אן עיקר און א יסוד אין חינוך, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#588 - וואס מיינט ביטול צו א צדיק?
צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס ס'מיינט ביטול צו א צדיק, ווי אזוי איז מען דאס מקיים בשלימות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך - דארפסטו אסאך לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים צו וויסן וואס דער רבי וויל בכלל מיר זאלן טון. אזוי אויך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים.


דעריבער אז מען וויל וויסן וואס דער רבי וויל דארף מען לערנען זיינע ספרים און נאכדעם וואס מען ווייסט שוין וואס דער רבי זאגט אונז דארף מען פאלגן בתמימות ופשיטות אלעס וואס ער זאגט. ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכג) אז דער עיקר און דער יסוד אין וואס אלעס ווענדט זיך - איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק הדור און אננעמען אלעס וואס ער זאגט, סיי א קליינע זאך און סיי א גרויסע זאך און זיך חס ושלום נישט אוועקרירן פון זיינע ווערטער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ספרי פרשת שופטים, פיסקא קנד): "אֲפִילוּ אוֹמֵר לְךָ עַל יְמִין שֶׁהוּא שְׂמֹאל וְעַל שְׂמֹאל שֶׁהוּא יְמִין"; דאס הייסט, אז דער מענטש דארף אינגאנצן אוועק ווארפן זיין אייגענע שכל אזוי ווי ער האט בכלל נישט קיין שכל, נאר דאס וואס ער באקומט פונעם צדיק. און ווי לאנג א מענטש האלט זיך נאך מיט זיין אייגענע שכל האט ער נאכנישט קיין שלימות און ער איז נאכנישט אמת'דיג מקורב צום צדיק.


די ערשטע זאך וואס דער רבי וויל פון אונז - מיר זאלן זיין פרייליך; אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג און ביטערע צייטן דארף מען זיך מחזק זיין מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה; דארף מען זיך מוסר נפש זיין צו פאלגן דעם רבי'ן 'זיך מבטל זיין צום צדיק' צו זיין פרייליך. ווייל ווען דער מענטש איז פרייליך, ער געבט זיך איבער צום אייבערשטן דאן איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


די צווייטע זאך וואס דער רבי וויל פון אונז – מיר זאלן זיך צוגעוואוינען זיך אויסצורעדן אונזער הארץ צום אייבערשטן, יעדער איינער אויף זיין אייגענע שפראך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון אלע מדריגות און עבודות וואס איז נאר שייך צו טון; מען זאל זיך מאכן א צייט וואס מען לאזט אפ אלעס, גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן; אים בעטן: "באשעפער, האב שוין רחמנות אויף מיר און זיי מיר מקרב צו דיר". אפילו עס איז שווער און מען טראכט: 'וואס?' 'ווען?' 'ווי?' 'ווער דארף מיר?' 'ווער הערט מיר אויס וכו' וכו'?' דאך דארף מען זיך מוסר נפש זיין צו פאלגן דעם רבי'ן, 'זיך מבטל זיין צום צדיק' און יעדן טאג מאכן א צייט צו רעדן מיט'ן אייבערשטן.


דריטנס  - מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן לערנען כל התורה כולה, דער רבי האט אונז געגעבן א 'סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו)' וואס יעדער איינער קען דורכדעם זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; אפילו עס קומט אן שווער: 'דארף מען זיך מבטל זיין צום צדיק' און פאלגן וואס ער האט אונז געהייסן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, "רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאך האט דער רבי געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן בלויז די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט ביים ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


גלייב מיר, אויב דו וועסט מקיים זיין די דריי זאכן; דו וועסט זיין פרייליך מיט אלע דיינע כוחות, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר וועסטו בעטן דעם אייבערשטן און דו וועסט לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - דאס איז ביטול בשלימות צום צדיק און דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דורך דעם וועסטו זוכה זיין צו לעבן א חיים טובים בעולם הזה ובעולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#587 - וואס טוט מען ווען די קינדער פאלגן נישט?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טוט מען אז די קינדער ווילן נישט פאלגן די עלטערן? איר האט עפעס אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז 'קינדער זענען קינדער', און אז 'קינדער פאלגן נישט', און אונזער ארבעט איז זיי מחנך זיין.


עס איז נישט דיין פראבלעם אז דיינע קינדער פאלגן נישט און עס איז אויך נישט זייער פראבלעם אז זיי פאלגן נישט. אזוי איז דער דרך העולם; קינדער זענען ווילד, לעבדיג און נישט הערעוודיג. קינדער הערן נישט ווען מען רופט זיי - נישט ביי איין מאל און אויך נישט ביי צוויי מאל, די געזונטע נאטור פון קינדער איז נישט צו פאלגן וכו'.


יעצט נאכן הערן די הקדמה וועט דיר זיין אסאך גרינגער זיי מחנך צו זיין; דו וועסט נישט ווערן אויסער זיך און פארלוירן וכו' ווען דו וועסט זיי עפעס הייסן און זיי וועלן נישט הערן, נאר דו וועסט רעדן נאכאמאל און נאכמאמאל ביז זיי וועלן פאלגן.


נאך א זאך איז וויכטיג צו וויסן, אז ווען מען זאגט פאר קינדער 'ניין' וכדומה, טאר מען זיך נישט שפירן שולדיג ווען מען זעט ווי זיי הייבן אן בלאזן און מאכן א ברוגז פנים וכו'. אויב מען לויפט צו די קינדער און מען הייבט זיי אן פארגיטיגן - דאס מאכט אז זיי זאלן מזלזל זיין אין די עלטערן ווייל א ווארט פון טאטע מאמע ווערט גרינג געשעצט. נאר קינדער דארפן וויסן אז אויב די עלטערן האבן מחליט געווען צו זאגן 'ניין'; 'קענסט נישט גיין דארט'; 'מיר קויפן דאס נישט'; וכדומה, דארף מען זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו האבן א שולד געפיל [גילטי קאנטשעס] און צוריק צוען.


ועל כולם דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערציען ערליכע דורות; מען טאר נישט אויסלאזן אפילו איין טאג פון בעטן און בעטן פאר ערליכע און געזונטע קינדער, ווייל תפילה איז די שטערקסטע זאך אויף דער וועלט, בפרט תפילות פון עלטערן אויף די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצוציען אונזערע קינדער על דרך התורה והיראה.

#586 - ווי אזוי קען איך אויפשטיין פרי?
שלום בית, שמחה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ב"ה א גוט לעבן מיט א גוטע שלום בית, אבער ס'דא איין זאך וואס שטערט מיר די שלום בית, און דאס איז אז ס'איז מיר זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי. וויפיל איך פראביר אלע מיטלען, וועט עס העלפן אפשר פאר איין טאג, און נאכדעם גייט עס צוריק צום אלטן.


איך האב אן ארבעט, מוז איך אויפשטיין אין צייט צו די ארבעט. ווען איך שטיי אויף לויף איך גלייך צו די ארבעט, און שפעטער ביי הפסקה גיי איך שנעל דאווענען.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן עצות און חיזוק איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין עיקר פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך טאנצט ער ארויס אינדערפרי פון בעט און לויפט אין שול דאווענען, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות און מרה שחורה'דיג דעמאלט וויל מען נישט אויפשטיין, מען בלייבט שלאפן ביז שפעט אין טאג אריין. נאכדעם ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז עס איז שוין שפעט ווערט מען נאך מער ברוגז אויף זיך און מען לייגט זיך צוריק שלאפן וכו'.


זאלסטו זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און בעט דעם אייבערשטן אויף דעם; מוהרא"ש זאגט אז דער עיקר אויף וואס מען דארף מתפלל זיין און ארבעטן – איז אויף צו זיין פרייליך, ווייל אויב מען איז פרייליך גייט אלעס ווי עס דארף צו זיין, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות איז דער גאנצער לעבן נישט ווערד.


איך שיק דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר 'שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי' - אַז אִיךְ בִּין אַ אִיד אוּן נִישְׁט קַיין גּוֹי! אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אוּן פַאר מַיין גֶעזוּנְט. אִיךְ דַאנְק דִיר בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף יֶעדֶע פְּרַט בַּאזוּנְדֶער; פַאר מַיין וַוייבּ, פַאר מַיינֶע קִינְדֶער, דוּ בִּיסְט אַזוֹי גוּט צוּ מִיר.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אַז עֶס זָאל מִיר אָנְקוּמֶען גְרִינְג אוֹיפְצוּשְׁטֵיין; עֶס אִיז מִיר מַמָּשׁ אוּמְמֶעגְלִיךְ אוֹיפְצוּשְׁטֵיין אִינְדֶערְפְרִי. אִיךְ הָאבּ נִישְׁט קַיין חֵשֶׁק אַרוֹיס צוּ קוּמֶען פוּן בֶּעט, אוּן נָאכְדֶעם וֶוען אִיךְ שְׁטֵיי שׁוֹין אוֹיף הָאבּ אִיךְ נִישְׁט קַיין צַייט צוּ גֵיין דַאוֶוענֶען אִיךְ לוֹיף גְלַייךְ אַרְבֶּעטְן; דָאס אַלֶעס אִיז אַ שְׁפִּיל פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע וָואס וִויל מִיר צוּנֶעמֶען מַיין אִידִישְׁקַייט, מַיין טַלִּית וּתְּפִילִין. עֶר וַוארְפְט מִיר אַרָאפּ אִין עַצְבוּת, עֶר רֶעדְט מִיר אַיין אַז דוּ בִּיסְט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן עֶר בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין מִיר מַחְשָׁבוֹת זָרוֹת כְּאִילוּ אִיךְ בִּין שׁוֹין פַארְפַאלְן, אַז אִיךְ קֶען שׁוֹין נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן אוּן אַז מַיין תּוֹרָה אוּן מִצְוֹות גֵייעֶן צוּ דִי סִטְרָא אַחֲרָא. דָאס מַאכְט מִיר זֵייעֶר צֶעבְּרָאכְן אוּן אִיז גוֹרֵם אַז אִיךְ בְּלַייבְּן אִין בֶּעט שְׁלָאפְן.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל וִויסְן אַז דָאס אַלֶעס קוּמְט פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע, וַוייל בֶּאֱמֶת הָאסְטוּ מִיר זֵייעֶר לִיבּ אוּן דוּ וַוארְסְט אוֹיף מַיין תּוֹרָה וּתְּפִילָה; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז אֲפִילוּ אִיךְ הָאבּ גֶעזִינְדִיגְט קֶען אִיךְ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וֶועל אִיךְ אוֹיפְשְׁטֵיין פְרִי, אִיךְ וֶועל לוֹיפְן אִין מִקְוָה אוּן נָאכְדֶעם וֶועל אִיךְ גֵיין לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען.


נֶעם אָן מַיין גֶעבֶּעט אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים; אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#585 - איך האב בזיונות אין מיין שול, זאל איך גיין ערגעץ אנדערש?
בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חב"ד'סקער חסיד, און איך בין זיך מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל ווען איר זאגט נאך פון די מסירת נפש פון די חסידים אין רוסלאנד, און פון די רביים פון חב"ד נ"ע.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך דאווען אין א חב"ד שול, אבער דער רב דארט איז זייער א נערוועזער, און ער פארשעמט מיר אסאך מאל, איך לייד אסאך בזיונות פון אים, ס'איז מוז אבער זייער שווער אוועקצוגיין דאווענען ערגעץ אנדערש, ווייל דארט האב איך מיינע חברים און מ'דאווענט מיין נוסח.


איך ווייס אבער נישט ווי אזוי צו נעמען די בזיונות, ער פארשעמט מיר אסאך מאל ברבים, און פון איין זייט איז דאס א גוטע זאך צו האבן בזיונות, מ'קומט אפ מיט דעם די עבירות, מיין נפש הבהמיות ווערט צעבראכן, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר דאס אויך זייער אין עבודת ה', עס צעברעכט אויך מיין נפש אלקי, איך ווער זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך בין זיך מתרשל פון דאווענען, פון די ארבעט, און פון מיין הויז, עס רויבט צו מיין זעלבס זיכערקייט.


איך האב געפרעגט ביי חסידים, און זיי אלע זאגן מיר אז מ'דארף נעמען בזיונות אן קיין פשרות. איך וויל אבער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, צי ס'לוינט זיך טאקע צו ווערן פארשעמט יעדן טאג, און פארלירן די עבירות, אבער אויך די מצוות.


יישר כח נאכאמאל פאר אלע חיזוק און דרשות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו ווייטער דאווענען דארט וואו דו ביסט צוגעוואוינט צו דאווענען וכו', ווייל עס ווייזט זיך אויס אז די אלע וואס לויפן אוועק פון איין שול צום צווייטן די לויפן נאכדעם ווייטער אוועק צו א דריטע שול וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווען א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; ווייל געווענליך אין א בית המדרש קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאוונט און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם און אפילו מען פארשעמט אים וכו', איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו"; ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין בית המדרש איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


אז דו וועסט זיצן אין דיין ווינקל אונטער דיין טלית וועט דיר דער רב נישט טשעפען, אבער אז דו וועסט זיך זוכן צו האבן צוטון מיט יעדן איינעם וועט דיר דער רבי דארפן פארשעמען וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז יעדער איינער אין בית המדרש טרעט אויף אים - מען טשעפעט אים, און ער ווייסט נישט וואס צו טון, וואו ער גייט און ווי ער שטייט שפרינגט איינער ארויף אויף אים; ער דארף אן עצה. האט אים דער הייליגער צמח צדק זי"ע געענטפערט: "וֶוער הֵייסְט דִיר זִיךְ אוֹיסְלֵייגְן אִין דִי לֶענְג אוּן אִין דִי בְּרֵייט אוּן אַזוֹי טְרֶעט יֶעדֶער אֵיינֶער אוֹיף דִיר, בֶּעסֶער זִיץ אִין דִי זַייט אִין דַיין וִוינְקֶעלֶע, וֶועט קֵיינֶער נִישְׁט טְרֶעטְן אוֹיף דִיר".


נעם אריין אין דיר דעם דיבור פון הייליגן צמח צדק זי"ע וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .

#584 - פארוואס שפיר איך נישט קיין טעם אין גמרא?
לימוד התורה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר נישט קיין טעם ווען איך זאג גמרא. איז דאס נארמאל, עס קומט אזוי? אדער איז דא עפעס אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם" - זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי; פרעגט מוהרא"ש: "ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא, אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? נאר חכמינו זכרונם לברכה מיינען צו זאגן פאר א מענטש וואס באקלאגט זיך: 'מיין לעבן איז מיר טונקל, מיין לעבן איז מיר טויט', אז עס איז דא אן עצה פאר אים: נעם די הייליגע גמרא און לערן דאס, 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי' - דער לעבן איז דיר פינסטער? 'כְּמֵתֵי עוֹלָם' - דו שפירסט ווי א טויטער מענטש? עס איז דא פאר דיר אן עצה, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי' - נעם די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מאכן ליכטיג און דיר מאכן לעבן".


אז דו שפירסט נישט קיין טעם ווען דו לערנסט די הייליגע תורה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר עפענען דיינע אויגן און דיין הארץ אז דו זאלסט שפירן דאס זיסקייט און דאס ליכטיגקייט וואס ליגט אין די תורה. בפרט ביי די ברכה פון אהבה רבה האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט זאל מען מאריך זיין און בעטן דעם אייבערשטן, ווייל מען האט אים אנטפלעקט פון הימל אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מען איז נישט מאריך ביי די ברכה (כמובא בתולדות יעקב יוסף פרשת וארא); דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אהבת עולם: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ טַעַם אִין דִי תּוֹרָה, אִיךְ וִויל שְׁפִּירְן דָאס זִיסְקַייט וָואס לִיגְט אִין דִי גְּמָרָא", וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די תורה, דעמאלט וועסטו שוין גארנישט דארפן - נישט די וועלט און נישט יענע וועלט - נאר די תורה אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#583 - פארוואס קען א פרוי נישט טון אלע מצות אזוי ווי די מענער?
חיזוק פאר פרויען, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך וויל אויך דאווענען דריי מאל א טאג, לייגן טלית און תפלין, און טון אלע מצות פונקט ווי די מענער. איך קום פון זייער א פרומע שטוב, מיין טאטע האט אלעמאל געטון אלע מצות מיט גרויס ברען, און איך שפיר אז איך וויל אויך האבן די העכערקייט וואס מ'שפירט אין דעם. אסאך מאל טראכט איך אוועקצולייגן געלט און זיך קויפן שטילערהייט תפלין און עס אנטון אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט.


איך שעם זיך צו רעדן צו מיין מאן וועגן דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון, און איך האף איר וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווער לאזט אייך נישט דאווענען און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן?! פרויען זענען אויך מחיוב צו דאווענען; אדרבה, אז עס ברענט אייך אזוי שטארק צו טון דעם רצון השם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן און אים בעטן פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון אידישע פרויען. מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט מחשיב געווען די תפילות פון פרויען.


פרויען זענען גאר נישט ווייניגער ווי די מענער; אויב עפעס זענען די פרויען חשוב'ער ווי די מענער, ווייל אין זייער זכות ציט זיך ווייטער כלל ישראל. אז דער אייבערשטער זאגט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה'ס מיינט דאס נישט צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער וכו' נאר דאס איז דער ווילן פונעם אייבערשטן, אז די מצוות וואס האט צוטון מיט א צייט זענען מענער מחיוב און פרויען פטור.


נעמט ארויס פון אייער קאפ די זאך פון תפילין. פרויען זענען פטור פון אנטון תפילין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט ( הרמ"א באורח חיים סימן לח, סעיף ג) אז אויב א פרוי וויל אנטון תפילין דארף מען איר צוריק האלטן דערפון; טלית ותפילין איז נאר פאר א מאן.


אנשטאט זוכן מצוות וואס זענען נישט שייך פאר פרויען זאלט איר זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען - מגדל זיין קינדער לעבודת השם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר פרויען מער ווי פאר די מענער ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל; זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דער עיקר זאלט איר זען צו זיין פרייליך מיט וואס איר האט וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#582 - ווי אזוי האנדלט מען מיט קנאה צו מיין שוועסטער'ס שלום בית?
שלום בית, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב די שיעורים און די בריוו, ס'איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך בין א פרוי און איך בין גע'גט. איך האב א שוועסטער וואס זי מיט איר מאן העלפן מיר זייער אסאך ארויס, אן זיי וואלט איך ממש נישט געקענט אריבערטראגן מיינע צרות, זיי געבן זיך אפ מיט מיט מיינע קינדער מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און זענען אייביג גרייט צו העלפן מיט וואס מ'דארף.


מיין פראבלעם איז אז איך בין זייער מקנא מיין שוועסטער, אסאך מאל טראכט איך אז איך דארף אויך די ליבשאפט וואס זי באקומט פון איר מאן, און איך בין אליין און איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, דאס שטערט מיר זייער שטארק, און ס'ברענגט מיר אויך צו שווערע נסיונות וכו'.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך מיט רחמנות: געבט אכטונג אויף אייער לעבן! רעדט נישט מער מיט אייער שוואגער ווייל איר וועט ביים סוף אלעס פארלירן.


אז איר דארפט הילף זאלט איר רעדן מיט אייער שוועסטער; אלעס וואס מען דארף מסדר זיין בנוגע אייערע קינדער זאל גיין דורך אייער שוועסטער, אבער נישט מיט אייער שוואגער.


עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א פרוי ווי צניעות; א פרוי וואס פירט זיך בצניעות, זי רעדט נישט מיט פרעמדע מענער, איז זוכה צו האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז דאס גרויסקייט פון רות ווי זי האט זיך געפירט בצניעות און אדאנק דעם האט זי חתונה געהאט מיט בועז און פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך, אזוי ווי מיר געפונען (רות רבה ד, ח): "כָּל הַנָּשִׁים מְשַׂחֲקוֹת עִם הַקּוֹצְרִים, וְזוֹ מַצְנַעַת עַצְמָהּ", בועז האט געזען ווי אלע פרויען לאכן מיט די מענער וואס שניידן די תבואה אבער רות האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן מיט פרעמדע מענער, האט ער געוואוסט אז זי איז אן ערליכע פרוי.


א פרוי טאר נישט רעדן מיט פרעמדע מענער בשום אין פנים ואופן; מען קען צו קומען צו איסור יחוד וואס איז אן איסור דאורייתא, ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט נכשל רחמנא לצלן וכו'.


אין זכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף אייער צניעות, איר וועט זיין שטארק ביי זיך עומד צו זיין בנסיון וכו', וועט אייך דער אייבערשטער געבן בקרוב א גוטע שידוך און איר וועט שוין קיינעם נישט מקנא זיין וכו', איר וועט מער נישט זיין אליין, איר וועט לעבן אייער לעבן מיטן אייבערשטן, אמן.

#581 - ווי אזוי פאררעכט איך די עבירות פון די יונגע יארן?
תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל מוז איך געבן א גרויסן יישר כח פאר די אלע געוואלדיגע דרשות און שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק און חכמת החיים אין אלע הינזיכטן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. איך האב שוין חתונה געהאט פאר איבער צוואנציג יאר, איך האב ב"ה א חשובע אשת חיל און א שטוב מיט קינדער, געלויבט איז דער אייבערשטער אויף אלע זיינע חסדים.


למעשה האב איך אבער נישט קיין מנוחה אויף מיינע יונגע יארן, ווען איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט פארשידענע עבירות, ספעציעל אין פגם הברית רחמנא ליצלן. איך שפיר אז איך דארף א ריכטיגע הדרכה ווי אזוי תשובה צו טון אויף יענע יארן.


איך בין געווען יונג, מיין שכל איז נאכנישט געווען גענוג רייף צו פארשטיין די הארבקייט פון די אלע עבירות, און יעצט וויל איך אמת'דיג תשובה טון. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו געבן א קלארע וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון די אלע חטאות נעורים.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח או מח צו מזכה זיין את הרבים מיט אייערע שיעורים, און מפיץ זיין דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט.


א פרייליכן פורים און שמחת תמיד.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון אין אומאן און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות - האט דער רבי געזאגט – "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען אין דיינע יונגע יארן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן צו זאגן דעם תיקון הכללי ביים רבינ'ס ציון און דו זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן - אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


וויסן זאלסטו אז אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל; דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם", איך בעט דיר אייבערשטער, "חָטָאתִי, עָוִיתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ", איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, "וַהֲרֵי נִחַמְתִּי", אבער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, "וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי", איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, "וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פארן אייבערשטן, "הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", דער איז געלויבט.


אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע זינד פון דיינע יונגע יארן זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין.


ווען מען איז זיך מתודה, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען האט געטון - איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס וואס מען האט שלעכטס געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#580 - מעג איך נעמען א זינגער אויפ'ן חתונה וואס איז נישט אזוי ערליך?
חתונה, ניגונים, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע שיעורים, בריוו, און די ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג, וואס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א חתן ב"ה, און גרייט זיך אויף די חתונה בשעה טובה ומצלחת. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי ס'איז דא א בחור אין מיין ישיבה וואס קען שיין זינגען, און ער איז מסכים צו קומען זינגען אויף מיין חתונה פאר אומזיסט. דער פראבלעם איז אבער אז ער איז נישט אזא ערליכער, ער איז נישט אזא ירא שמים, ער קען רעדן אמאל מיאוס וכו'. און דער רבי האט דאך גערעדט זייער שטארק אז מ'טאר נישט הערן ניגונים פון א מנגן רשע.


אויב וועל איך אבער נעמען א זינגער א ירא שמים, וועט עס מיר קאסטן אפאר טויזנט דאלער. וואס זאל איך ענדערש טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט נעמען דעם בחור צו זינגען ביי דיין חתונה; מיר ווייסן נישט ווער עס איז א מנגן רשע. אפילו די וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי ערליכע אידן ווייסט מען נישט באמת זייער פנימיות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "מען קען נישט דערקענען א צדיק פון אינדרויסן", און זיכער ווייסן מיר נישט ווער איז דער רשע וואס מען טאר נישט הערן פון אים קיין ניגונים.


דער הייליגער רבי געבט אויף דעם אן עצה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): אז מען לערנט גמרא ביינאכט העלפט דאס פאר'ן מענטש אז עס זאל אים נישט שאדטן די ניגונים פון א מנגן א רשע; ביינאכט מיינט מען צו זאגן ווען עס איז נאכט פאר'ן מענטש, עס גייט איבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאדטן די אלע ניגונים.


אז דו גייסט יעצט צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא. נעם דעם דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז כדאי דו זאלסט זען וואס דער הייליגן זוהר זאגט (פרשת קדושים, פה:) וואס עס ווערט אויבן אין הימל ווען א מענטש זאגט די ווערטער פון די תורה אפילו ער פאשטייט נישט וואס ער זאגט און אפילו ער זאגט דאס מיט טעותים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט נאכדערציילט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז ער האט געקענט מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט פון זייער לעבן צו זאגן פאר זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זיי זענען געווען פוסטע יונגען, ליידיגע מענטשן, אבער ווען זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן און האבן אנגעפאנגען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אסאך בלעטער גמרא און סימנים שולחן ערוך, זענען זיי געווארן שפעטער גרויסע גאונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#579 - אפלאזן א שידוך שאדט דען נישט?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן לעצטנס צו א פרוי וואס האט מורא אז עס שאדט איר די קפידה פון א בחור וואס איז געווען אנגעטראגן פאר איר, און דער שידוך איז למעשה נישט געווארן. און דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איר אז זי דארף בכלל נישט קוקן אויף דעם, דאס איז נאר דער יצר הרע וואס וויל איר צעברעכן.


האב איך געוואלט מעורר זיין אז ס'ווערט געברענגט (עיין באגרות קודש, כרך י"ד עמוד שמ און עמוד סט. און אין כרך י"ג עמוד ח') אז אסאך פראבלעמען, צום ביישפיל אז מ'האט נישט קיין קינדער און נאך, קענען קומען פון א קפידה פון איינעם, אז מ'האט אפגעלאזט א שידוך, אדער אז מ'האט צוגעזאגט און מ'האט נישט איינגעהאלטן וכדומה, און מ'האט יענעם נישט איבערגעבעטן. און ס'איז באקאנט אסאך מעשיות פון מענטשן וואס זענען אויפגעראכטן געווארן ווען זיי האבן איבערגעבעטן יענעם וועמען מ'האט מצער געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא רעדט מען נישט פון אפלאזן א שידוך וכו'; דא רעדט מען פון דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מא.): "אָסוּר לְאָדָם שֶׁיְקַדֵּשׁ אֶת הָאִשָּׁה עַד שֶׁיִּרְאֶנָּה", מען טאר נישט מאכן א שידוך פאר מען טרעפט זיך און מען זעט צי דאס איז פאסיג, "שֶׁמָּא יִרְאֶה בָּהּ דָּבָר מְגוּנָה וְתִּתְגַּנֶּה עָלָיו", ווייל אויב מען קען זיך נישט ליידן איינער דעם צווייטן וועט מען עובר זיין אויף (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ"; ממילא אז מען טרעפט זיך איינער מיטן צווייטן אויף צו זען צי מען וויל מאכן א שידוך איז נישט דא קיין מקום וואס חושש צו זיין אויף יענעמ'ס הקפדה.


דאס וואס דו צייכנסט צו אז מען דארף איבער בעטן וכו' דאס איז ווען מען האט שוין געמאכט דעם שידוך; אז מען האט שוין מקבל געווען איינער מיטן צווייטן צו מאכן די שידוך און מען צעטיילט זיך איינער פון צווייטן קען עס רחמנא לצלן שאטן פאר די קינדער, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (תענית ח.; עיין רש"י דבור המתחיל "מחולדה ובור", ותוספות דבור המתחיל "בחולדה ובור") אז עס איז געווען א מעשה מיט א מיידל וואס איז אריין געפאלן אין א טיפע גרוב, איז אנגעקומען דארט א בחור און איר געפרעגט: "אויב איך וועל דיר ארויס שלעפן וועסטו מיט מיר חתונה האבן?" האט די מיידל געענטפערט: "יא", און זיי האבן גענומען פאר עדות די גרוב און א קאץ וואס איז בשעת מעשה דארט אריבער. דער בחור האט איר ארויסגעשלעפט פון גרוב און ער איז אהיים צו זיין שטוב און זי איז אויך אהיים צו איר שטוב. די מיידל האט געווארט פאר דעם בחור אז ער זאל מיט איר חתונה האבן, אבער דער בחור האט גענומען א צווייטע שידוך, ער האט חתונה געהאט און געבוירן א קינד. איינמאל האט פאסירט א שרעקליכע מעשה, עס איז געקומען א קאץ און געביסן דאס קליין קינד און דאס קינד איז געשטארבן, נאכדעם האט ער געבוירן נאך א קינד און די קינד איז אריין געפאלן אין א גרוב און אויך געשטארבן, האט אים זיין ווייב געפרעגט: "מַה זֶּה הַמַּעֲשֶׂה שֶׁהִגִּיעַ לָנוּ שֶׁלֹא כִּשְׁאָר בְּנֵי אָדָם?" וואס איז דאס אז עס פאסירט צו אונז אזעלכע מעשיות וואס מען הערט נישט ביי א צווייטן? מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, אפשר האבן מיר איינעם וויי געטון? ביז דער מאן האט זיך דערמאנט אז ער האט שוין געשלאסן א שידוך מיט א צווייטע, איז דאס זיכער א שטראף פאר'ן וויי טון יענע מיידל, האט אים זיין ווייב געזאגט: "אויב אזוי, געב מיר א גט און גיי האב חתונה מיט איר".


זעט מען פון די מעשה די הארבקייט פון וויי טון וכו' און אפלאזן א שידוך, אבער אז מען האט נאך נישט אפגעמאכט אז די שידוך זאל ווערן, אפילו די אנדערע זייט מיינט אז דאס איז דער שידוך - און עס ווערט נישט, דארף מען גארנישט זארגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#578 - וואס טו איך אז שמחה העלפט מיר נישט?
קדושה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק.


איך האב געשריבן אמאל א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך פאל דורך מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן און איך ווייס נישט וואס צו טון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געענטפערט אז איך זאל זיין פרייליך, און אזוי וועל איך זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


למעשה פרוביר איך טאקע צו זיין פרייליך, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ארויסהעלפן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל נאכט נאך נאכט מיט די עבירה פון מקרה לילה רחמנא לצלן, ער האט געוויינט צום הייליגער מגיד ער זאל אים געבן אן עצה, האט ער אים געגעבן אן עצה. דער איד איז צוריק געקומען נאך אפאר טעג צום מגיד זי"ע אז די עצה העלפט נישט, האט אים דער טשערנאבלער מגיד געגעבן אן אנדערע עצה, איז ער צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער ווערט ווייטער נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און פון מקרה לילה".


נעם די עצה פון הייליגן מגיד זכותו יגן עלינו; אנשטאט צו ליגן אין בעט מיטן טעלעפאון וכו' און קוקן זאכן וואס ברענגט נישט קיין יראת שמים, זאלסטו איינשלאפן מיטן רבינ'ס ספרים. נעם די ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט די הקדמות פון רבי'ן; נעם דעם ספר אשר בנחל וואס איז איין שטיק חיזוק, עס ברענגט אריין שמחה אפילו ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, דורכדעם וועסטו ניצול ווערן פון אלע טומאות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אָמַר רָבָא, וְכֵן לַחֲלוֹם טוֹב", אז מען וויל גוטע ערליכע חלומות זאל מען איינשלאפן מיט שמחה; פאר'ן גיין שלאפן זאלסטו אריין קוקן אין רבינ'ס ספרים וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכט.

#577 - מעג מען זיך עקשנ'ן מיט תפלה, אדער נישט?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אסאך אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן זייער פיל, מ'דארף אים בעטן און בעטן אויף אלע מיני וועגן און קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי אז מ'טאר זיך נישט עקשנ'ן. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן אינאיינעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען דארף זיין א גרויסער עקשן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה, אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט דוחק זיין די שעה אז עס מוז זיין אזוי ווי איך וויל וכו' און דער אייבערשטער מוז טון וואס איך וויל וכו' ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה?' דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דאס זאגט אונז דער הייליגער רבי, פון איין זייט דארף א מענטש טראכטן: 'בין איך א גרויסער עקשן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן און אים שטענדיג בעטן, אבער פון די אנדערע זייט בעט איך אים ברחמים ובתחנונים: "רבונו של עולם העלף מיר! איך דארף א ישועה; איך ווייס עס קומט מיר גארנישט און איך בין נישט ווערד זאלסט מיר אויסהערן, דאך בעט איך דיר אייבערשטער געב מיר א מתנת חינם און נעם אן מיין געבעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#576 - ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט אידישקייט?
שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען זיך פרייליך אז איך בין א איד. רוב מענטשן זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, אבער ליידער ארבעט דאס נישט ביי מיר, איך זע נישט דער גליק דערפון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן זען די שיינקייט פון אידישקייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט'ן "שלא עשני גוי", אז דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער. מיר זעען זייער גוט וואס גוים זענען; דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א קליינע שעפעלע צווישן זיבעציג וועלף און מיר ווייסן דאך וואס די זיבעציג פעלקער - פארציקנדע חיות - האבן געטון דורכאויס די אלע יארן פאר דאס קליינע שעפעלע - נשמות ישראל. זיי שטעלן זיך ארויס אז זיי ווילן נאר 'שלום' און זייער וועג איז 'אהבה', אבער שוין צוויי טויזנט יאר וואס זיי הרג'נען אונז אידן מיט אלע מיתות משונות – סקילה, שריפה, הרג און חנק, אלעס מיט'ן פאלשן פנים מיט וואס זיי שטעלן זיך אהער אז זייער וועג איז צו גיין מיט ליבשאפט.


ווער האט נישט געהערט און געליינט וואס די עמלקים - די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם - האבן געטון מיט מיליאנען אידן; זיי האבן גענומען אומשולדיגע אידן – מענער, פרויען און קליינע קינדער און גע'הרג'ט מיט די גרעסטע מאס רציחה, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי אויסגע'הרג'ט בשעת אלע פעלקער האבן זיי ארויסגעהאלפן און אפילו די וואס האבן נישט דירעקט געהאלפן זענען געשטאנען אין די זייט און גארנישט געזאגט; אזוי אויך איז ניטאמאל דא א סכום וויפיל מיליאנען אידישע קינדער די רוסן - די פארשאלטענע קאמוניסטן - האבן אויסגע'הרג'ט במשך די יארן!


מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען, אז מיר זענען אידן און מיר זענען נישט מסוגל צו טון אזעלכע רציחות; מיר זענען אן אויסדערוועלט פאלק, א פאלק פון רחמנות און א פאלק וואס טוט חסד. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (יבמות עט.): "שְׁלֹשָׁה סִימָנִים יֵשׁ בְּאוּמָה זוּ", דריי סימנים זענען דא ביי די אידישע קינדער, - "הָרַחְמָנִים, וְהַבַּיישָׁנִין וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים", אידן האבן רחמנות, אזוי ווי עס שטייט (דברים יג, יח): "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים", דער אייבערשטער וועט אונז געבן רחמנות; אידן שעמען זיך, זיי האבן אין זיך די מדה פון בושה אזוי ווי עס שטייט (שמות כ, יז): "וּבַעֲבוּר תִּהְיֶה יִרְאָתוֹ עַל פְּנֵיכֶם", און אידן האבן די מדה פון טון חסד, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יח, יט): "לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ" וגו'; מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען דער הייליגער קלויזנבורגער רב זכותו יגן עלינו איז געווען אין די ארבעטס לאגער'ן אונטער די רוצחים - די נאציס ימח שמם וזכרם ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי איין תקופה געארבעט עבודת הפרך אין די ווארשא געטאו, זיי האבן געדארפט בויען א וואנט. די ברוטאלע נאציס ימח שמם זענען געשטאנען מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן און ווער עס האט נישט געארבעט פלייסיג האבן זיי דערשאסן צום טויט רחמנא לצלן. איין טאג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן אזוי אז עס איז נישט מעגליך געווען צו בויען דעם וואנט ווייל די רעגן האט אפגעווישט די ליים (צעמענט), די צעבראכענע אידן האבן געלייגט סעמענט און די רעגן האט דאס אפגעוואשן; עס איז געווען ביטער קאלט און די אידן זענען געפאלן פון די כוחות בשעת די נאציס שטייען און לאכן זיך אונטער פון די אידן, נעבן דעם קלויזנבורגער רבי זי"ע איז געשטאנען א פרייער איד וואס האט אויך געדארפט העלפן בויען דעם וואנט אינעם גאס רעגן, האט ער געפרעגט מיט געשפעט דעם רבי'ן: "רבי, מארגן וועט איר נאך אלץ מאכן די ברכה שלא עשני גוי?" מיינענדיג צו זאגן: 'וואס האבן מיר אז מיר זענען אידן? וואס איז די שמחה מיט 'שלא עשני גוי' אז מען פייניגט אונז?' האט דער קלויזנבורגער רב געזאגט: "מארגן וועל איך מאכן די ברכה מיט א גרעסערע שמחה ווי פריער, זעענדיג וואס גוים זענען מסוגל צו טון; נעמען אן אומשולדיג פאלק און אונז אזוי רצח'נען און פייניגן מיט דאס גרעסטע פייניגונגען וואס א נארמאלע מענטש קען נישט דורכטראגן, מיט דעם אליינס פריי איך מיר, אז איך בין נישט א גוי".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות; משיח זאל אונז נעמען צוריק קיין ארץ ישראל, דעמאלט וועט מען זען די שיינקייט פון דאס אידישע פאלק, במהרה בימינו, אמן.

#575 - ווען און וויפיל דארף מען געבן מעשר?
מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר מיין לעבן, מיין מאנ'ס לעבן, אונזער משפחה'ס לעבן, ווייל נאר די שיעורים זענען אונזער חיזוק אין לעבן, דאס געבט אונז די כח און די שכל אנצוגיין אין לעבן און מצליח זיין אין לעבן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך האב א שאלה וועגן מעשר געלט. אלעס מיידל פלעג איך אלס געבן מעשר פון די געלט וואס איך האב פארדינט, אבער נאך די חתונה האט מיין מאן מיר געזאגט אז אויב מ'קען נישט געבן דארף מען נישט געבן, און אזוי איז עס געבליבן אז מיר נעמען נישט אראפ קיין מעשר, נאר מיר געבן סתם צדקה ווען ס'קומט אונטער א צוועק. האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז טאקע אויסגעהאלטן, און וואס אמת'דיג דער ענין ווען און ווי אזוי מ'דארף געבן מעשר.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר מיט אייער מאן און אייער גאנצע משפחה זענען זיך מחי' און מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער.


ווען די וועלט וואלט געוואוסט וואס דער רבי געבט אונז וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן און אלע וואלטן געלערנט די ספרים פון רבי'ן; ווער וויל נישט האבן א גוט לעבן? יעדער וויל דאך האבן א חיים טובים. נאר די סיבה פארוואס מענטשן שטייען אוועק פון רבי'ן און פון ברסלב'ע חסידים איז ווייל מען רעדט אויף אונז אסאך לשון הרע'ס, דעריבער האבן מענטשן מורא פון 'ברסלב'. אבער ווען מען וואלט ווען געוויסט דעם אמת וואס טוט זיך אין ברסלב וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן.


בנוגע מעשר וכו'; דאס איז א שאלה וואס איז נוגע פאר אייער מאן. עס ווענדט זיך צי ער האט חובות וכו' צי ער האט פרנסה וכו', אויב מען האט חובות און מען האט נישט קיין פרנסה וכו' איז מען פטור פון געבן מעשר, דעמאלט איז מען יוצא די מצוה פון צדקה מיט אפאר פרוטות וואס אין דעם איז יעדער איד מחיוב אפילו מען האט נישט קיין געלט.


אז איר ווילט מצליח זיין און האבן פרנסה בשפע זאלט איר מיט אייער מאן און קינדער זיך פארנעמען צו בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער פון אינעווייניג, דורכדעם וועט איר ווערן רייך. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט זוכה געווען צו א גרויסע עשירות וויבאלד ער האט זיך צוגעוואוינט צו בענטשן נאר אינעווייניג אין א בענטשער; דאס וועט אייך געבן גרויס שפע אז איר וועט האבן צו געבן מעשר און נאך מער ווי מעשר.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן אייר מאן און קינדער; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", אז די פרוי איז פרייליך ווערט דער מאן פרייליך ווייל עס ווערט אים נתרחב זיין דעת דורכדעם איז מען מצליח, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#574 - זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?
לימוד התורה, משפחה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים פון חיזוק און הדרכה. איך הער אויס יעדע נייע שיעור, און נישט קיין חילוק ווי צעבראכן איך בין, וועט די שיעור מיר אלץ מחזק זיין און אויפהויבן, עס ברענגט אריין אין מיר א מורא'דיגע שמחה און חיזוק ווייטער אנצוגיין. איך האב ב"ה אנגעהויבן א שיעור אין נ"ך, איך האב שוין געענדיגט יהושע און שופטים, און איך האלט אינמיטן ספר שמואל.


יעצט צו מיין שאלה. איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך. למעשה אבער זע איך נישט קיין תכלית אין זיצן אין כולל פארמיטאג, איך קען נישט לערנען דארט מיינע שיעורים, א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.


פאר מיין שווער וועט דאס אבער לכאורה אביסל שטערן אז איך גיי ארויס פון כולל, וויל איך וויסן וואס ס'איז די ריכטיגע זאך צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערגסטע זאך איז צו 'גיין ליידיג'; אלע פראבלעמען קומען פון גיין ליידיג. אז מען גייט ליידיג קומט מען צו טון עבירות און עס ברענגט אלע שלעכטס פארן מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט די צייט קומט מען צו עבירות און מען ווערט דעפרעסט.


איז זיכער אז דו זאלסט זען אנצופולן דיין טאג; זאלסט לערנען דיינע אייגענע שיעורים כסדרן און נעמען אן ארבעט, ווייל (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט פאר'ן מענטש ער זאל לערנען און ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן"; 'מְשַׁכַּחַת' איז דער זעלבער לשון פון: 'שִׁכְחָה', אז מען ארבעט און מען לערנט פארגעסט מען צו זינדיגן און מען האט ניטאמאל קיין צייט צו זינדיגן.


בנוגע דיין שווער וכו'; א שווער קען מען נישט אפנארן, יעדער שווער ווייסט פונקט דעם מצב מיט זיין איידעם - צי ער לערנט אדער ער גייט ליידיג, מיט דעם וואס דו זיצט אין כולל און דו בטל'סט צייט וכו' וועסטו אים נישט מאכן קיין נחת. דעריבער זאלסטו שוין זוכן עפעס מיט וואס אנצופולן דיינע שעות.


אז דו וועסט גיין ארבעטן, זיך פירן מיט יראת שמים און דו וועסט אויסנוצן דיין צייט; יעדע איבעריגע מינוט וועסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן טאג: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אויך וועסטו זאגן פרקים משניות, דפים גמרא און קאפיטלעך תהילים - וועסטו מאכן נחת פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן; אלע וועלן האלטן פון דיר.


כולל איז געמאכט נאר פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען אן קיין הפסק א גאנצן טאג.


 

#573 - ווי אזוי קען איך האבן א טעם אין לעבן?
התחזקות, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ירושלים עיה"ק, איך וואלגער זיך ארום פון איין ישיבה צום צווייטן, אין שיעור א' בין איך געווען אין איין ישיבה, אין שיעור ב' אין א צווייטע ישיבה, און יעצט אין א דריטע ישיבה, און איך שפיר אז מיר גייט עס נישט.


איך האב נישט קיין חשק צו לערנען, קיין חשק צו דאווענען און תפלין לייגן, און בכלל האב איך נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך אין לעבן. ווען איך וויל שוין גיין רעדן אביסל צום אייבערשטן, שפיר איך ווייטער אז דער אייבערשטער וויל מיר פשוט נישט אויסהערן.


ס'איז נישט אז איך בין א ליידיג גייער און איך האלט ביי גארנישט, ווייל באמת ציט מיר מיין הארץ זייער שטארק צו וועלן זיין גוט, צו וועלן זיין ערליך, צו האבן עפעס א תכלית אין לעבן, אבער עס גייט מיר נישט. איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט איך בין אויסגעקליבן געווארן צו זיין דער לא יצלח, צו זיין דער וואס טויג צו גארנישט, וואס מוז נאכלויפן די ווינט, דער וואס מוז קוקן כל דבר אסור.


איך גלייב אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר האבן וואס צו זאגן, עפעס אן עצה און א וועג ווי אזוי אויך איך זאל קענען מצליח זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט מצליח זיין און אויסנוצן דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין זאלסטו אננעמען דעם הייליג'ן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד". דער וואס לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ווערט מיט די צייט מיושב; מען איז זוכה צו ווערן א רואיגער מענטש, מען שפירט א טעם אין לעבן און מען שפירט שוין נישט ווי דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן, מען הייבט אן שפירן ווי מען איז יא ווערד.


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לימוד משניות; משניות וועט דיר אויסרייניגן און דו וועסט שוין נישט שפירן ביי זיך אז דו ביסט גארנישט ווערד. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש און מאכט אים ריין. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי (תהילים ל, ד), איז די ראשי תיבות: 'מִשְׁנָה', משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט יעדן טאג ח"י פרקים משניות מאכט דאס לויטער דעם מענטש און עס געבט אים צוריק דעם מח. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח-מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, דעריבער אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


אויך זאלסטו זאגן אסאך דפים גמרא יעדן טאג; ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, זיי ווערן כעפרא בעלמא.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו שפירן חשוב ביי דיר.