שאלה אין קורצן ענין
#672 - זאל איך לאזן מיין בחור דרייוון א מאטאר ביציקל?
שלום בית, חינוך הילדים, סכנה, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פיינער בחור, בערך 18 יאר אלט, ער לערנט אין ישיבה אבער ער דרייווט אויך אין זייטיגע צייטן. יעצט וויל ער זייער שטארק נעמען לייסענס אויך צו דרייוון א מאטאר-סייקל, מיין ווייב האט נישט קיין חשק דערצו, איך האלט אבער אז א בחור דארף זיך קענען אביסל אויסגעבן.


מיר ווילן וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט מיט דעם וואס זי וויל נישט אז דיין זון זאל פירן א מאטאר-סייקל, דאס איז א סכנה נוראה; מוהרא"ש איז געווען זייער אנטקעגן דרייוון א מאטאר-סייקל, וואס פעלט דיר אויס אריין צו לייגן דיין קינד אין סכנה'דיגע זאכן?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא – גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אז דיין ווייב איז קליינטשיג בייג זיך אראפ צו איר אויסהערן וואס זי זאגט; אז דו וועסט צו הערן דיין ווייב וועסטו מצליח זיין און האבן נחת פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין בחור און אים חתונה מאכן וואס פריער און שעפן נחת פון אלע קינדער.

#671 - מיין ווייב רעדט צופיל מיט איר שוועסטער
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א גוט לעבן, א שיינע פרנסה, אן אייגענע הויז, און א ווייב און קינדער, און איך בין זייער דאנקבאר צום אייבערשטן אויף דעם.


עס איז אבער דא איין זאך וואס שטערט מיר זייער אין מיין שלום בית. מיין ווייב איז זייער אסאך פארנומען צו רעדן מיט איר שוועסטער, ווען זי רעדט ווען סתם זיך אויסצולופטערן וואלט מיר עס נישט געשטערט, אבער איך שפיר אז זי האט גענומען איר שוועסטער פאר א מאן, יעדע זאך פרעגט זי איר שוועסטער וואס צו טון, אנשטאט מיר צו פרעגן, און ווען זי פרעגט מיר שוין יא אמאל, איז עס נאר יוצא צו זיין, ווייל זי האט נישט קיין ברירה.


בכלל זע איך אויף מיין ווייב אז האט נישט קיין כח און נערווען צו פירן א שטוב, זי האט נישט קיין געדולד צו די קינדער און צו די שטוב, ס'איז איר צופיל פרעשור צו טראגן די אחריות פון פירן א שטוב.


איך האף איר וועט מיר קענען העלפן, און נעמט אויך אין אכט אז מיין ווייב וועט נישט וועלן הערן דעם ענטפער, זי וויל נישט הערן פון ברסלב, אבער אפשר איז דא א וועג פון מיין זייט אליין ווי אזוי צו פארבעסערן דעם מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער יסוד היסודות אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן, דאן איז זייער ביטער.


אז דו ווילסט דיין ווייב זאל זיך רעכענען מיט דיר, זי זאל דיר שעצן און אננעמען דיין ווארט - ווענדט זיך דאס אין דיר, דאס ווענדט זיך ווי אזוי דו פירסט זיך מיט איר. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכל'דיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז'דיגע פנים; אזוי אויך איז מיט די ווייב, ווען דו וועסט שיין רעדן צו דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער וועט זי צוריק רעדן צו דיר שיין און זי וועט דיר געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער. אזוי אויך אז דו וועסט איר העלפן אין שטוב וועט זי זען אז דו האסט א געפיל פאר איר און דאס וועט ענק מאכן נאנט איינער מיטן צווייטן. רעד שיין צו דיין ווייב און געב איר גוטע ווערטער, וועט זי דיר ליב האבן און זי וועט אננעמען דיין מיינונג.


אז דיין ווייב האט נישט קיין כח צו פירן די שטוב זאלסטו איר העלפן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן די ווייב מיט די קינדער. זוך דיר נישט קיין גמילות חסדים אינדרויסן, ענדערש זאלסטו איר העלפן וועסטו פארדינען סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; אויף די וועלט וועסטו האבן א געזונטע ווייב מיט געזונטע קינדער און אויף יענע וועלט איז זייער חשוב דער וואס ציעט אויף א שטוב מיט ערליכע קינדער.


רעד נישט צו איר פון ברסלב; דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט: "וואס גייט מיר אן אז א איד וועט בענטשן אן ערליכן ברכת המזון אן וויסן אז עס קומט פון מיר"; רעדט צו איר די חיזוק פון רבי'ן אן דעם רבי'נס נאמען, זאג: "צדיקים זאגן", אדער: "עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים"; וועט זי דאס אננעמען און שפעטער וועט זיך אלעס טוישן.


נעם אריין אין דיר דעם מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַּחְבּוּלָה", סבלנות איז דער וועג ווען מען האט נישט קיין שום אנדערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#670 - ווי אזוי רייניג איך אויס מיין מח פון די מאוויס וואס כ'האב געקוקט?
קדושה, מאוויס, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק שיעורים און בריוו, ובפרט פאר די ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן וועגן אמונה. איך קוק שוין כמעט נישט קיין מאוויס ב"ה, איינמאל האב איך אבער געזען א מאווי ווי אן אנגעפילטע קאר פאלט אריין אין וואסער, און ווי אזוי מענטשן רעאגירן צו דעם, און זייט דעמאלט גייט עס מיר נישט ארויס פון קאפ, איך טראכט כסדר ווי אזוי איך וואלט רעאגירט צו אזא זאך, וועמען און ווי אזוי צו ראטעווען.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט טראכטן קיין נארישקייטן, אבער די מחשבות לויפן מיר נאך כסדר. איך דארף אן עצה ווי אזוי אינגאנצן אויסצומעקן פון מיין קאפ אלע שמוציגע, און אויך נישט שמוציגע, מאוויס וואס איך האב געזען.


אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן דעם פסוק וואס מ'דארף זאגן ביי די מזוזה ווען מ'גייט ארויס אין גאס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו הייבסט אן ארויסקריכן פון די מאוויס; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אינגאנצן אויפהערן קוקן מאוויס. ווייל ווען מען קוקט מאוויס בלייבט דאס נאכדעם אין די מח מחשבה און מען קען פון דעם נישט פטור ווערן נאר דורך די עצות פון הייליגן רבי'ן.


מאוויס איז די עבודה זרה פון בעל פוער בזמנינו; מוהרא"ש ברענגט פון הרב הקדוש מליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ער פרעגט (ליקוטי שיחות, ד'): דער פסוק זאגט (יהושע כב, יז): "אֶת עֲוֹן פְּעוֹר אֲשֶׁר לֹא הִטַּהַרְנוּ מִמֶּנּוּ עַד הַיּוֹם הַזֶּה", ביז היינט זענען מיר נאכנישט ריין פון די עבודה זרה פון פעור; די תורה איז דאך א נצחיות, ווי איז שייך היינטיגע צייטן די עבודה זרה פון פעור? זאגט ער, אז ווען מען נעמט נידעריגע זאכן, פסולת און דברים שפלים און מען האלט דאס חשוב, דאס איז די עבירה פון פעור, עיין שם; דאס גייט ארויף אויף שמוציגע מאוויס און שמוציגע מאגאזינען וואס ענטהאלטן נידעריגע און אויסגעלאסענע בילדער וכו', וואס דאס איז די נידעריגסטע זאכן וואס איז דא אויף דער וועלט. אז מען קוקט דאס און מען מאכט אן עסק פון דעם, דאס איז די עבירה פון פעור.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די עבודה זרה, ווייל ווען מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע מאוויס ווערט אויסגעריסן די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; און ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


אז דו ווילסט אויסמעקן די אלטע שלעכטע מחשבות זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון קוקן עבירות וואס ברענגט צו פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער פון די תורה; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אן פארשטיין, דורכדעם איז מען זוכה ארויס צו גיין פון די קליפות.


"הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן" (ישעיהו לג, ז), - זאגן דעם פסוק איז מסוגל צו האבן ריינע אויגן אין גאס; אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה' וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#669 - אפשר געבט איר מיר חיזוק איידער איך פאל אוועק אינגאנצן?
התחזקות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אין א שווערע מצב, און איך וויל האבן חיזוק איידער איך פאל אוועק אינגאנצן, אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען פאלט אינגאצן אוועק? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות.


צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה – פארוואס?" אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך דאס מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פארווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דאן לעבט ער שוין יעצט אין 'גן עדן'. אזא איינער טראכט נישט פון אוועק פאלן אדער אנדערע שלעכטע מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, אזא איינער ווען עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט ווערט ער נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר, אנשטאט טראכטן שלעכטע מחשבות חס ושלום זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט: "תפילה והתבודדות"; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, וואס שטערט דיר און בעט אים ער זאל דיר העלפן, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך טוישן, דיין לעבן וועט דיר שיין ווערן און דו וועסט הנאה האבן פון דיין לעבן.


אין אנהייב איז נישט גרינג צו רעדן צום אייבערשטן ווייל ווען א מענטש זינדיגט מאכט ער זיך א מחיצה צווישן אים אינעם באשעפער, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם", מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז דא, דעריבער איז שווער צו רעדן צו אים כדבר איש אל רעהו. אבער אז מען ברעכט דאס דורך מיט'ן בעטן אויף דעם אליינס, איז מען זוכה צו לעבן א גוטע לעבן, מען שפירט אלע טעמים פון גן עדן אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#668 - ווי אזוי קען איך זיך האלטן פרייליך אין שווערע צייטן?
התחזקות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א. א גרויסן יישר כח.


איך גיי אריבער א שווערע תקופה, און דאס מאכט מיר אסאך בעצבות, איך ווער צעבראכן און איך פאל אריין אין דעפרעסיע, און דאס מאכט אז איך זאל קוקן שלעכטע זאכן. איך וויל האבן אן עצה און חיזוק אז איך זאל זיך קענען אלץ האלטן פרייליך, נישט אריינגיין אין אן עצבות, און נישט קוקן זאכן וואס מען טאר נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, און אז דו וועסט זיין פרייליך וועסטו מצליח זיין און ארויסגיין פון אלע פראבלעמען. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח; אפילו עס איז דיר זייער שווער נאכדעם וואס דו גייסט אריבער יעצט א שווערע צייט השם ישמרינו, דאך זאלסטו זיך שטארקן אין אמונה צו גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה און אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס מיט'ן מענטש אפילו מיר זעען דאס נישט.


אנטלויף פון עצבות; עצבות איז דער ס"מ און דער אייבערשטער האט דאס פיינט. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצבות, סימן יד): "עַל יְדֵי עַצְבוּת, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵין עִמּוֹ", ווען מען איז בעצבות שפירט מען נישט דעם אייבערשטן; און אז דער מענטש שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים פאלט ער נאכדעם אראפ אין עבירות. ווייל עצבות ברענגט פגם הברית, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן טו): עַל יְדֵי עַצְבוּת רוֹאֶה קֶרִי", דורך עצבות פאלט מען אראפ אין טומאה רחמנא לצלן; נאכדעם ווערט מען פארשעמט פאר אלעמען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן יח): "עַל יְדֵי עַצְבוּת נִתְבַּזֶּה", דורך עצבות ווערט מען פארשעמט פאר אלעמען. דערפאר זאלסטו זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, דורכדעם וועסטו ניצול ווערן פון קוקן עבירות.


שמחה איז די וויכטיגסטע זאך אין עבודת השם, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה - זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - איז מער נישט דא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#667 - מיין ווייב זאל נאר נישט געוואויר ווערן וואס איך טו
שלום בית, קדושה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באלאנג נישט אין ברסלב, אבער ס'געפעלט מיר זייער דער ברסלב'ער דרך, און דעריבער וויל איך בעטן הדרכה און עצות פונעם ברסלב'ן וועג.


איך פאל אסאך דורך אין עניני קדושה, און איך שפיר אז איך קען נישט און איך טאר דאס נישט האלטן בסוד פון מיין ווייב. איך ווייס אבער אז ווי נאר זי וועט געוואויר ווערן וואס טוט זיך מיט מיר, בין איך א פארלוירענער. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו תשובה ווייל אז נישט וועט זיין דער סוף זייער ביטער; מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מען זעט ממש בחוש וואס דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי דער סוף פונעם בעל עבירה איז אז ער ווערט פארשעמט פאר די גאנצע וועלט און מען בלייבט אן גארנישט. דער רבי האט אמאל חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן שד): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר: 'שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן', וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן אז ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דרייט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, טו תשובה, לאז אפ די עבירות און בעט איבער דעם אייבערשטן - וועט ער דיר מוחל זיין, ווארט נישט קיין איין מינוט ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט מיט א ביטערע עונש.


האב שכל און דערצייל גארנישט דיין ווייב, אבער טו תשובה; אז דו וועסט אפלאזן די שלעכטע מעשים וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#666 - ווי אזוי מ'לערנט אויס קינדער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן?
חינוך הילדים, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'לערנט אויס קינדער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן, אין די צייט וואס פון נאטור אויס וועלן די קינדער זיך פארלאזן אויף זייערע עלטערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אזוי וואקסן זיי אויף; אז מען רעדט צו זיי אסאך פונעם אייבערשטן וועלן זיי אויפוואקסן מיט אמונה. קינדער וואס הערן טאג און נאכט פון די עלטערן און מחנכים: "דער אייבערשטער וועט העלפן", "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף", "בעט דעם אייבערשטן", "יישר כח אייבערשטער", - וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים.


קינדער כאפן זיך מער צו ווען מען רעדט צו זיי דיבורי אמונה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", אבער וויבאלד מען האט געזינדיגט איז די שכינה אוועק געגאנגען; וואס איז דאס 'שכינה'? ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאר א לבוש פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דאך מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, נאר ער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר; אזוי אויך ווייסט ער אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דאס מיינט 'השראת השכינה' - די שכינה רוט ביי אים. דעמאלט הייבט דער מענטש אן רעדן צום אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטער און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ מיט אים אזוי ווי ער וואלט גערעדט מיט זיין נאנטער חבר.


אבער ווען א מענטש זינדיגט רחמנא לצלן גייט אריין אין אים חכמות, שטותים און דמיונות, כאילו דער אייבערשטער האט איבער געלאזט די וועלט וכו'; מען איז צעבראכן און צעריסן און מען גייט ארום מיט קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן רחמנא לצלן. דעריבער קינדער וואס זענען נאך ריין טוען די מצוות מיט א מורא'דיגע אמת בתמימות ובפשיטות, צו זיי קען מען רעדן ריינע אמונה ווערטער אן קיין דריידלעך.


זאלסטו זען צו רעדן מיט דיינע קינדער מעשיות פון תפילה און מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי כסדר ווי אזוי דער אייבערשטער העלפט ווען מען דאוונט און מען בעט אים, זאלן זיי הערן ווי די הייליגע צדיקים האבן זוכה געווען צו ווערן אזוי הייליג און גרויס דורך רעדן אסאך צום אייבערשטן, דורכדעם וועט אין זיי אריין גיין א פייער פון קדושה.


קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, דאס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת השם יתברך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויף געפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו וועלן ווערן אן ערליכער איד, נאכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#665 - זאל איך מסכים זיין צו א שידוך מיט מער א פארמאכטע מיידל?
שידוכים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוקים, ניגונים, בריוון, מיט וואס איך לעב ממש. איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט אויסגעזען אן דעם.


נאך אסאך תפלות און בקשות האבן מיינע עלטערן שוין אנגעהויבן אויסהערן שידוכים פאר מיר ב"ה, און איך בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז ס'זאל אנקומען די ריכטיגע שידוך פאר מיר.


די מעשה איז אבער אזוי, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק, נישט צו קוקן וואס און וואו מ'טאר נישט, און נישט אייביג קען איך זיך מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע. איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט מיר דאס זיין גרינגער, און דערפאר האב איך געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן מיר זוכן נישט אזא פארמאכטע מיידל, נאר מער אן אהערגעשטעלטע און א בעסערע, זיי פארשטייען דאס און זיי פרובירן טאקע דאס בעסטע פאר מיר.


לעצטנס האט מען אנגעטראגן א געוויסע שידוך, וואס די עלטערן פארלאנגען אז זי זאל גיין מיט געוויסע קאפ צודעק, נישט ווי אזוי מיר גייען נאר מער פרומער, און דאס שטערט מיר אביסל, אבער נאך מער שטערט מיר אז זיי פארלאנגען אז זי מוז זיך אפשערן נאך די חתונה, און דאס איז וואס שטערט מיר זייער שטארק.


כאטש וואס אויך אין מיין פאמיליע זענען פארהאן א חלק וואס שערן זיך, אבער איך קען דאס נישט נעמען. כאטש וואס איך ווייס אז דער עיקר איז נישט די אויסזען פון אינדרויסן, וויל איך זיך אבער נישט פארעקלען פון איר. איך ווייס אז אויב איך וועל דאס זאגן פאר מיינע עלטערן וועלן זיי מיר פארשטיין און זיי וועלן זוכן א צווייטע שידוך, ווייס איך אבער נישט אויב איך זאל זיי בעטן בכלל, אויב איז דאס אויסגעהאלטן אדער נישט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן ווי אזוי צו האנדלען אין דעם ענין?


אויך איז דער שידוך פון די זעלבע שטאט און קהלה וואו איך וואוין און באלאנג. איך וואלט זייער געוואלט נאך די חתונה אוועקלויפן פון דא, איך האב מער נישט קיין כח צו די דרוק פון די קהלה, איך וואלט זייער געוואלט חתונה צו אן אנדערן פלאץ, צו זיין נאנט צום אייבערשטן אבער נישט זיין נאנט צו די קהלה וואו איך בין אויפגעוואקסן. איז דאס א גערעכטע טענה נישט צו וועלן הערן דעם שידוך וועגן דעם?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, און איך האף אז איר וועט מיר געבן די ריכטיגע עצה ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך בחורים האבן דעם טעות, זיי מיינען אז מען קען נאר האבן א געשמאק אין לעבן מיט די ווייב וכו' אויב די ווייב איז אפן צו די וועלט; בפרט די בחורים וואס האבן זיך אנגעקוקט מיט עבירות אין די יונגע יארן רחמנא לצלן - זיי ווייסן בכלל נישט וואס דער לעבן איז. עס בויעט זיך אויף א דמיון אין זייער מח וואס עס מיינט ליבשאפט דורך די דמיונות וואס זיי האבן געקוקט, וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן. זיי מיינען אז מיט אן ערליכע וואוילע מיידל וואס גייט בדרך התורה קען מען נישט דערגרייכן א שיינע לעבן מיט ליבשאפט, אבער באמת איז פונקט פארקערט, דיקא מיט אן ערליכע וואוילע ריינע מיידל קען מען אנקומען צו עררייכן אמת'ע ליבשאפט און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתפארת.


דעריבער זאלסטו נישט אפזאגן א שידוך פאר אזעלכע זאכן און זיכער נישט אז זי וויל גיין אנגעטון ווי אירע עלטערן, זי וויל זיך אפשערן איר האר און זוכה זיין צו די ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי איידער זיך אפשערן"; עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש טראגן א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


אז דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן באמת, בתמימות ובפשיטות דארפסטו נישט אנטלויפן פון וואו דו שטאמסט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


איך האף צו הערן בקרוב פון דיר גוטע בשורות.

#664 - אויף חתונות שפארט מען, פארוואס אויף אומאן געבט מען יא אויס געלט?
אומאן, חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר נישט אויסצוגעבן איבריג געלט אויף אידישע שמחות, אז מ'זאל שפארן ווי ווייט מעגליך און נישט מאכן קיין טייערע שמחות.


למעשה אבער ווען ס'קומט צו אומאן, וואס דאס קאסט אויך אסאך געלט פאר די טיקעטס, אכסניה, און אזוי ווייטער, דארט געבט מען יא אויס אסאך געלט. פארוואס איז דאס אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין דער חילוק פון אויסגעבן געלט פאר נישטיגע פאר שעה ווען מען מאכט א שמחה צו געווינען דערביי אביסל כבוד המדומה וכו', ביז אויסגעבן געלט צוליב פארן קיין אומאן צו א צדיק וואס האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה אז ער וועט אים פאררעכטן מיט אן אייביגער תיקון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


די אלע וואס פארן קיין אומאן און צאלן אלע געלטער זוכה זיין צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה ביי זיי איז דאס ווי ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערע משפט. ווען מען שטייט פאר א משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא; ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פאר א מענטש א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דאן נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט - אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, און מען וועט טון אלעס וואס מען קען צו באקומען דעם גאר טייערן לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש. דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה, דער גרויסער יום הדין וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם", דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף די וועלט צו נעמען א גוטן לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול צו ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף די וועלט; דערפאר פארן מיר קיין אומאן אויף ראש השנה אפילו עס איז אונז שווער, און מיר צאלן פאר דעם אלע געלט וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אבי צו זיין אין אומאן ראש השנה.


עס איז א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער אז ווען עס קומט די צייט פון מאכן שמחות ווערט מען א בעל חוב, מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טון; מען בארגט פון חברים, קרובים, משפחה און מען קען דאס נישט באצאלן ווען עס קומט איין שמחה נאכ'ן צווייטן. רבי נתן זאגט: "פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם גלייך, אבער פאר איבעריגע זאכן, פאר מותרות און נארישקייטן - דארט ווערט מען פארשווארצט".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל אונז ארויסנעמען פון די גלות פון די אומות העולם און פון אונזער אייגענע גלות וואס מיר לייגן זיך אליינס ארויף, עס זאל שוין מקיום ווערן וואס מיר בעטן יעדן טאג ביים דאווענען: "וּשְׁבֹר עוֹל הַגּוֹיִם", דער גלות פון די פעלקער, "וְעוֹל הַגָּלֻיּוֹת", און די אייגענע גלות, "מֵעַל צַוָּארֵנוּ, וְתוֹלִיכֵנוּ מְהֵרָה קוֹמְמִיּוּת לְאַרְצֵנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#663 - מיין שכן טוט זאכן וואס שטערן מיר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
הלכה, שכנים, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שכן וואס האט לעצטנס געקויפט א הויז, וואס איז באהאפטן צו מיין הויז, און למעשה האט ער אנגעהויבן טוען אומלעגאלע זאכן וואס שטערן מיר זייער. ער האט ארויסגעבויעט אין פארנט מער ווי ערלויבט, אויך האט ער געלייגן פון הונטן אן עירקאנדישאן וואס בלאזט אריין די הייסע לופט צו די הויף הונטער מיין הויז.


מיין שאלה איז צו איך מעג אים עפעס זאגן דערוועגן, אדער זאל איך ענדערש פרובירן צו פארמיידן מחלוקת און אים גארנישט זאגן, כאטש וואס מיין ווייב איז זייער נישט צופרידן אז איך רוף זיך גארנישט אן וועגן דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויף דיין שכן, ווי למשל אז ער האט געלייגט זיין עירקאנדישן מאשין נעבן דיין שטוב וכו', זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב זאל פסק'נען א דין תורה וואס די הלכה איז.


מענטשן האבן א טעות, מען קוקט אן דאס גיין צו א דין תורה ווי א מחלוקת; אבער דער אמת איז אז ווען מען גייט צו א רב הערן וואס די הלכה איז, איז דאס נישט קיין מחלוקת. מחלוקת איז ווען מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן און מען פסק'נט זיך אליינס שלא על פי תורה.


דעריבער אז דו האסט טענות אויף דיין שכן וכו', זאלסטו גיין צו דיין רב און עס דורכשמועסן מיט אים; עס קען גאר זיין אז דיינע טענות זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן, אפשר לאזט אים די תורה לייגן דעם עירקאנדישן דארט וואו ער האט דאס געלייגט און דו עסט זיך אויף פאר גארנישט און פאר נישט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטע אויג, דו זאלסט האבן די גוטע מדה פון "עין טוב", אז עס זאל דיר נישט אנגיין ווען דיינע שכנים בויען ארויס בשעת עס שטערט דיר נישט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "צְאוּ וּרְאוּ אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז א גוטע מידה וואס דער מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט דעם? "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר, עַיִן טוֹבָה", רבי אליעזר זאגט א גוט אויג; שטענדיג קוקן גוט אויף יעדעם איינעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד) אז משיח וועט אריין ברענגען די זאך פון קוקן גוט אויף א צווייטן, אזוי ווי עס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א טז, יב): "יְפֵה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי", ער האט געהאט שיינע אויגן און א גוטע קוק; עס איז א שלעכטיקייט פון מענטשן וואס שטערן זייערע שכנים ארויסצובויען ווען עס נעמט גארנישט צו פון זיי.


א שאד זיך אויפצועסן און זיך פיינט האבן ווען מען קען לעבן בשלום על פי תורה.

#662 - ווי אזוי מאך איך אז מיין ווייב זאל זיך בעסער אהערשטעלן?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שטארקע חיזוק וואס איך באקום כסדר.


איך לעב ב"ה זייער שיין מיט מיין ווייב, מיר האבן א גוטע שלום בית, זי וויל זיך אבער נישט אנטון אינדערהיים לויט מיין געשמאק, איז שייך עפעס צו טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרי ואשרי חלקך אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רועט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה. ווידעראום פאקערט, אז מען קריגט זיך דאן פארטרייבט מען די שכינה און אנשטאט די שכינה קומט דער שטן השם ישמרינו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן השם ישמרינו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו פארשטייסט זיך מיט איר און דו לעבסט שיין מיט איר; מאך נישט קיין עסק פון וכו', חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תיקוני זוהר, תיקון כא, דף ס:): "וּבְנֵי נָשָׁא דְאִינוּן שַׁטְיָין מִסְתַּכְּלִין בִּלְבוּשָׁא", נארישע מענשן קוקן אויף די לבוש מיט וואס דער מענטש איז אנגעטון, "אֲבָל פִּקְחָא חַכִּימָא אִסְתַּכַּל מִלְּגָאו", אבער א חכם קוקט נישט אויפ'ן לבוש, ער קוקט אויף די זאך אליינס.


נעם אריין אין דיר וואס רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט, און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא, און מען קען עס באקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


 

#661 - וויפיל דארף מען פארקוקן ביי א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ווען ס'קומט צו זוכן א שידוך דארף מען זיך אראפבייגן דעם קאפ, נישט זוכן קיין כבוד און געלט, נאר דער עיקר איז חתונה צו מאכן די קינדער. וויל איך וויסן ווי ווייט דאס גייט, וויפיל דארף מען טאקע פארקוקן?


איך האב ב"ה א פיינע טאכטער, און מ'טראגט אן פאר איר אסאך שידוכים, אבער קיין איינער פון די וואס מ'טראגט אן איז נישט גענוג גוט אין מיינע אויגן. איך וויל א בחור וואס זאל זיין א מצוין און א לערנער און א גרויסער ירא שמים, און דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן וואס איך זוך. איך קען נישט טראכטן פון נעמען עפעס שוואכערס, און די סיבה איז נישט וועגן כבוד אדער געלט, נאר איך וויל אן עכטער פיינער איידעם, דארף מען אויף דעם אויך פארקוקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די וואס פלעגן פרעגן אויף שידוכים וכו' אז דער עיקר זאל מען נאכקוקן דעם בחור'ס מידות, ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות; יא לערנען נישט לערנען - דאס קען מען זיך טוישן, אזוי ווי מען זעט אסאך יונגעלייט וואס האבן געלערנט פלייסיג אלץ בחור האבן נאך די חתונה אפגעלאזט דאס לערנען, און פארקערט אויך, עס זענען דא ערליכע טייערע יונגעלייט וואס האבן נישט געלערנט אלץ בחור און נאך די חתונה האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען; זיי האבן גוט חתונה געהאט, זייערע ווייבער האבן זיי מחזק געווען צו האבן א שיעור, צו האבן א רב וכו', און זיי זענען אינגאנצן נתהפך געווארן לטוב. ווידעראום מידות איז שווער א מענטש זאל זיך טוישן; אויב דער בחור האט נישט קיין גוטע מידות קומט ארויס דעם גאנצן אמת נאכדעם וואס די שבע ברכות ענדיגט זיך, מען טרעפט זיך מיט א חיה ארויס פון ישיבה השם ישמרינו.


מאך זיך נישט נאריש וכו', אויב דו זוכסט באמת די טובה פון דיין קינד מאך איר א כלה וואס שנעלער, זיי נישט קלוגער פון אונזערע הייליגע חכמים וואס זאגן (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה - שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ וְתֶּן לָהּ", נאך זאגן חז"ל (סנהדרין ק:): "מִפַּחְדָהּ לֹא יִישַׁן בַּלַּיְלָה", איינער וואס האט א טאכטער אין די יארן פון שידוכים, ווי קען ער שלאפן ביינאכט פון פחד וכו'?!


אויפהאלטן די קינדער מיטן אויסרייד אז מען זוכט פאר'ן קינד עפעס וואס איז נישט דא - דאס נישט קיין ליבשאפט, ווייל ווען מען האט באמת ליב דאס קינד וואלט מען איר חתונה געמאכט ווי שנעלער; ווען מען טוט וואס איז גוט פאר יענעם ווייזט דאס אז מען האט יענעם ליב, נישט ווען מען קוקט אויף די אייגענע אינטערעסן און מען זאגט אז מען האט יענעם ליב. אויף דעם זאגט דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט היינט איבער אויף בני הנעורים, ווי זיי פייניגן זיך און האלטן אין איין אראפפאלן אין מיאוס'ע עבירות, וואס מען קען ווען דאס אלעס איינשפארן דורך זיי חתונה מאכן יונג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און טון מיט זיי ערליכע שידוכים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#660 - איז מען יוצא לימוד התורה בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך זיך נאכאמאל געוואלט באדאנקען פאר די ווארימע דרשות, פול מיט חיזוק אין אמונה, בטחון, און יראת שמים.


אפילו איך האב שוין מיינע שיעורים קבועים צופרי און ביינאכט, האב איך אבער אנגעהויבן לערנען גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד. וויל איך פרעגן אויב מ'איז יוצא מיט דעם לימוד התורה, און צי מ'קען און מ'דארף מאכן א סיום נאכ'ן ענדיגן א מסכת דורך בלויז זאגן די גמרא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט אויפ'ן 'סדר דרך הלימוד' פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט אז מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט פשט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט, נאר ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און דורכדעם וואס מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


אוודאי איז מען יוצא לימוד התורה אז מען לערנט אויף דעם וועג, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט קלאר: "וְאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט ביים ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


זאלסט ווייטער לערנען דיינע שיעורים צופרי און ביינאכט און א גאנצן טאג ווען דו האסט איבעריג צייט זאלסטו גורס זיין דפים גמרא באמירה בעלמא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין און יעדעס מאל ווען דו ענדיגסט א מסכתא זאלסטו מאכן א סיום מסכתא פאר דיין ווייב און קינדער, וועסטו זען אין א קורצע צייט אז דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען און דו וועסט אנהייבן פארשטיין די תורה אסאך מער ווי ווען מען לערנט און מען וויל גלייך אלעס פארשטיין, אזוי ווי רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט צו דו וואס מאכן אוועק דעם סדר דרך הלימוד, דו וועסט זען צו וואס דו וועסט אנקומען אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט אנקומען צו לערנען און פארשטיין גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#659 - פארוואס קומט מיר אן אזוי שווער צו רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך ביי די דרשות וועגן התבודדות, און איך פרוביר עס טאקע צו טון, איך וויל אבער וויסן אויב דאס וואס דער רבי זאגט צו מאכן התבודדות א שעה, מיינט עס טאקע א גאנצע שעה, אדער זאל מען מאכן וויפיל מען קען?


אויך וויל איך פארשטיין פארוואס דאס קומט מיר אן אזוי שווער, איך אליין ווייס און שפיר ווי סאך דאס העלפט מיר, אבער פון דעסט וועגן קומט עס מיר אן אזוי שווער צו רעדן צום אייבערשטן, פארוואס איז דאס אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו פירסט זיך מיט די הייליגע הנהגה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, די הנהגה וואס די אבות הקדושים אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו האבן זיך געפירט, זיי זענען געגאנגען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן באשעפער יעדן טאג. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אן התבודדות.


דו פרעגסט וויפיל צייט מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו): "שֶׁרְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לָנוּ כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ הִתְבּוֹדְדוּת וּלְבַלּוֹת כָּל הַיּוֹם עַל זֶה", איך וויל מען זאל זיך צוגעוואוינען א גאנצן טאג צו רעדן מיט'ן אייבערשטן, דאס זאל מען טון במשך דעם טאג, מיט דעם זאל מען זיין פארנומען דורכ'ן טאג, "אַךְ לָאו כָּל אָדָם יָכוֹל לְקַיֵּם זֹאת, עַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ לְצַוּוֹת לָהֶם שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה שָׁעָה הִתְבּוֹדְדוּת, כִּי גַּם זֶה טוֹב מְאֹד", אבער וויבאלד נישט יעדער איינער קען דאס טון, זיך באשעפטיגן א גאנצן טאג מיט התבודדות, דעריבער האט דער רבי געוואלט מען זאל זיך קובע זיין א באשטימע צייט פאר התבודדות, "אֲבָל מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק בַּה', וְרוֹצֶה לְקַבֵּל עָלָיו עֹל עֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בֶּאֱמֶת, רְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לוֹ כָּל הַיּוֹם הִתְבּוֹדְדוּת", אבער ווער עס איז שטארק מיט'ן אייבערשטן און וויל דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת זאל א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי מיר געפונען אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כא.): "וּלְוַאי שֶׁיִּתְפַּלֵּל אָדָם כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ", הלואי זאל א מענטש דאווענען א גאנצן טאג.


דאס וואס דו באקלאגסט זיך אז דאס רעדן צום אייבערשטן קומט דיר אן אזוי שווער און דו פרעגסט פארוואס; דאס קומט מחמת חסרון אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאוונט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגסטע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, "וּבִשְׁבִיל שֶׁהָאָדָם אֵינוֹ יוֹדֵעַ זֹאת יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם", אבער כל זמן דער מענטש האט נישט די שטארקייט אין אמונה, "בִּשְׁבִיל זֶה אֵינוֹ מִתְלַהֵב כָּל כָּךְ, וְאֵינוֹ מְדַקְדֵּק כָּל כָּךְ", איז ער נישט אזוי שטארק אין דאווענען צום אייבערשטן, "וְכָל אֶחָד לְפִי מִעוּט שִׂכְלוֹ וִידִיעָתוֹ", יעדער איינער לויט ווי ווייניג געפיל ער האט אין אמונה אזוי איז ביי אים אפגעשוואכט דאס דאווענען.


מוהרא"ש זאגט אז מען זעט ווי מיט א חבר קען מען רעדן שעות אויף שעות על דא ועל הא, אבער ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט נאר פון חסרון אמונה, אז מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט. די עצה אויף דעם איז צו וויינען צום אייבערשטן אויף דעם אליינס: "הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל האבן אמונה און איך זאל דיר שפירן, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר און ווי דו הערסט מיר אויס ווען איך רעד צו דיר". אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כג): "כְּשֶׁנּוֹפֵל מֵאֱמוּנָתוֹ יִבְכֶּה", ווען א מענטש פאלט פון אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן זאל ער וויינען צום אייבערשטן און בעטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#658 - איך ארבעט אזוי סאך, איך קען ממש נישט אטעמען, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק יומי, מיין טאג הויבט זיך אן גאר אנדערש נאכ'ן הערן די טעגליכע חיזוק, און פרוביר אז ס'זאל נישט בלייבן נאר ביים הערן, נאר אויך צו "גיין" און לעבן מיט דעם.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האלט שוין ב"ה ביים ענדיגן די דריטע מאל ששה סדרי משנה, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, גמרא, און שלחן ערוך. אבער פון די אנדערע זייט איז מיר זייער שווער צוליב מיין ארבעט.


איך ארבעט גאר אסאך שעות יעדן טאג, ממש פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך האב בכלל נישט ליב די ארבעט וואס איך טו, אבער נאר דאס האב איך יעצט. און דאס גייט אסאך סיי אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער וואס איך האב נישט גענוג צייט פאר זיי, און סיי אויפ'ן חשבון פון לערנען, אז איך קום נישט אן צו לערנען מיינע לימודים געהעריג יעדן טאג. איך בין מתפלל אסאך צום אייבערשטן ס'זאל מיר אונטערקומען א בעסערע פרנסה, ווייניגער שעות מיט מער געלט, אבער דערווייל איז מיר זייער שווער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עפעס עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און זיין פרייליך, ווייל שמחה איז מסוגל אויף פרנסה בניקל, אזוי ווי מען זעט אז דער שם פון פרנסה 'חַתָּ"ךְ' וואס איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'", איז אויך די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


וויסן זאלסטו אז פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם צוגלייך, און דאס וואס מען זעט אז איינער ארבעט שווערער פונעם צווייטן - איז ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; די ארימעלייט האבן געוויסט פון דעם גרויסן עושר דער נדיב לב וואס טיילט מיט א ברייט הארץ צדקה, מען פלעגט קומען צו אים און ער פלעגט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א געשמאקע סעודה און צוגעבן א שיינע סכום געלט.


ויהי היום עס איז געווען אן ארימאן וואס האט געהערט אז אין דעם געוויסן שטאט וואוינט דער גוטהארציגער עושר, איז ער אהין געפארן אבער צו זיין מזל האט ער זיך טועה געווען און ער איז אנגעקומען צו דעם עושר דעם קמצן אין אים געבעטן צדקה, האט אים דער קמצן געענטפערט: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך און ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - זאגנדיג: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; האט ער אריינגעקלאפט און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הייסט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט אז דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם עסן און געלט אומזיסט, אבער אז מען זינדיגט דארף מען ארבעטן אפצוקומען דאס וואס מען האט שלעכטס געטון. דאס האט מען געזאגט פאר דעם ארימאן: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


גיי צום אייבערשטן און רעד מיט אים יעדן טאג אפאר מינוט, זאלסט אים בעטן עס זאל דיר אנקומען גרינג דיין פרנסה און דו זאלסט זיך נישט דארפן אזויפיל מוטשען, ווייל מיט תפילה קען מען אלצדינג באקומען. זאלסט נישט אויפהערן צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט א גרינגערע פרנסה, בעט אים: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה וואס איך זאל אויך האבן צייט צו לערנען, דאווענען און פארברענגען מיט מיין ווייב און קינדער", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן א נס און דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


שטארק זיך אין אמונה וועט דיר אנקומען דיין פרנסה אסאך גרינגער, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ממון, סימן פג): "אֱמוּנָה הוּא טוֹב לְפַרְנָסָה", אז מען האט אמונה האט מען פרנסה; נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער און דיין פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#657 - דארף איך משלים זיין צו מעביר סדרה זיין סדר בראשית?
לימוד התורה, מעביר סדרה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אייערע שיעורים די לעצטע שטיק צייט, און איך קען זאגן אז נאכ'ן לערנען צען יאר אין חדר, זיבן יאר אין ישיבה, און זעקס יאר אין כולל, איז יעצט די ערשטע מאל וואס איך קען זאגן אז אין די לעצטע האלבע יאר איז מיר נישט דורך קיין איין איינציגן טאג אן לערנען לכל הפחות א דף גמרא, און אויך איז יעצט די ערשטע מאל וואס איך האב זוכה געווען צו מעביר סדרה זיין במשך צוויי גאנצע ספרים, שמות און ויקרא. א גרויסן יישר כח פאר דעם און פאר אלע אנדערע חיזוק און עצות.


מיין שאלה איז יעצט איבער ספר בראשית, וואס איך האב ליידער נאכנישט מעביר סדרה געווען יעדע וואך, און איך געדענק נישט וועלכע וואך יא און וועלכע נישט. דארף איך יעצט איבערגיין גאנץ ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום, צו זיין א משלים פרשיותיו עם הציבור ביז שמחת תורה? אדער איז גענוג אז איך האב זיך גענומען אין די האנט אריין פון ספר שמות און ווייטער? ווייל ס'איז מיר זייער שווער יעצט אנצוהויבן דאס צו טון.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן אויף די אלע כוחות וואס איר געבט אוועק צו אריינברענגען א אידישע גייסט אין אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; דאס איז געווען פון די וויכטיגסטע זאכ'ן ביים רבי'ן, אזוי ווי מען זעט אז דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי", איך בעט דיר מיין טייערער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק", זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און הלכה, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר", זאלסט נישט מאכן פון נישט וויכטיגע זאכן אן עיקר און פון וויכטיגע זאכן א טפל, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; דער רבי האט געוואלט נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


עס איז מיר א גרויסע פרייד ליינענדיג וואס דו שרייבסט מיר אז שוין דורך א האלבע יאר וואס יעדן איינציגסטע טאג האסטו געלערנט גמרא; ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט פונעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, די זיסע וועג פון לערנען תורה אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער לערנען - וואלט דאך יעדער איינער געלערנט, ווייל יעדער איד וויל לערנען און יעדער איד טוט וויי ווען ער זעט ווי עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר אן לערנען און אן עפענען א אידיש ספר, נאר וויבאלד ער פארשטייט נישט קיין לערנען - יעדער איינער לפי בחינתו, און אזוי ווי עס גייט איבער אויף איטליכן מענטש שווערע ביטערע נסיונות, גייט אריבער וואכן, חדשים און יארן וואס מען לערנט נישט. קומט אבער דער רבי און געבט אונז א וועג צו לערנען אז אפילו מען פארשטייט נישט און אפילו מען האט תירוצים וכו' וכו' זאל מען זאגן די ווערטער פון תורה; דורך דעם וועג וואלט יעדער איינער געשפירט דעם פארגענוגן וואס דו שפירסט.


בנוגע מעביר סדרה זיין וכו'; וואויל איז דיר אז דו ביסט נזהר אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; א מענטש איז מחויב צו לערנען די פרשה פון די וואך, צוויי מאל די חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכת ימים.


אז דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער כמבואר בשלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג), זאלסטו אויך צו לערנען רש"י אויפ'ן טאג; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג. מען זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי סאטמערע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם סאטמערער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, אז זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. ר' מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוויסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש אותיות דרבי עקיבא, אות ב): "פארוואס הייבט זיך אן די תורה מיט'ן אות ב'? ווייל א בית איז פארמאכט פון אלע זייטן, עס איז אפן נאר אויף פארויס"; אונז צו ווייזן אז ווער עס וויל לערנען תורה און מצליח זיין בעבודת השם זאל קוקן אויף פאראויס, נישט אויף צוריק; דעריבער זאלסטו ווייטער לערנען חומש רש"י יעדע וואך לויט די פרשה און נישט קוקן אויף צוריק, גיי ווייטער כסדרן וועסטו מצליח זיין און זוכה זיין צו אלעס גוטס וואס ליגט אין די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#656 - פארוואס האט די כלה נישט געשיקט דעם טלית פאר'ן חתן?
שידוכים, טלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין אסאך די בריוון און איך נעם פון זיי אסאך חיזוק אין עבודת ה', איך בין ב"ה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, און פרוביר צו גיין און לעבן מיט זיינע עצות.


איך האב געליינט אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר'ן מחותן וועגן אויסגעבן איבריגע זאכן פאר די חתונה און מתנות וכדומה, און דער ראש ישיבה איז טאקע גערעכט מיט דעם, איך האב זיך נאר געוואונדערט אויף איין זאך וואס דער ראש ישיבה שרייבט אז דער מחותן זאל זיך נישט זארגן וועגן די טליתים, ווייל דער ראש ישיבה וועט שוין אליין קויפן פאר'ן חתן.


מיט ווייסן דאך אז על פי קבלה איז דא אן ענין אז דוקא די כלה זאל שיקן דעם טלית פאר'ן חתן, און דער רבי ברענגט דאס בפירוש אין ליקוטי מוהר"ן תורה מ"ט "וזה הטעם למה שולחת הכלה להחתן טלית". וויל איך פארשטיין פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געטון אזוי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט היתכן איך האב אליינס באצאלט דעם טלית פאר מיין זון, דער רבי זאגט דאך (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט): "וְזֶה הַטַּעַם לָמָה הַכַּלָּה שׁוֹלַחַת לְהַחָתָן הַטַּלִּית", מען פירט זיך דאך אז די כלה שיקט דעם טלית פאר'ן חתן?


אמת טאקע, דער מנהג איז אז די כלה שיקט דעם טלית, אבער דער רבי רעדט פונעם טלית אליינס; דער טלית אליינס - דאס שיקט די כלה פאר'ן חתן אבער די זילבערנע עטרות און דאס וואכן בייטל, שבת בייטל, גארטל און קיטל וכו' וכו' - דאס איז שוין א צווייטע זאך. דעריבער האב איך געשריבן פאר מיין מחותן נרו יאיר אז איך וועל באצאלן די אלע איבעריגע זאכן, ווייל עס קומט אויס אסאך מאל אומבאקוועמליכקייטן וכו' צווישן מחותנים ווען דער חתן קויפט איין מער ווי דער מחותן איז וויליג צו באצאלן.


אז מען רעדט שוין פונעם טלית ווייסטו דאך אודאי דעם סיפור וואס דער רבי האט געזאגט פאר איינער פון די תלמידים ווען ער האט אים אוועק געגעבן זיין טלית פאר א מתנה, (שיחות הר"ן, סימן קעב): "געב אכטונג אויף מיין טלית און דו זאלסט דאס מכבד זיין, ווייל אזויפיל וויפל האר דער טלית האט, אזויפיל טרערן האב איך פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל וויסן וואס איז דער סוד פון טלית"; אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן און מיר וועלן וויינען צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן וועלן מיר אנקומען צו אלע גרויסע מדריגות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיר נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיר נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיר געפאלגט וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#655 - ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, יבנאל, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, צוואנציג יאר אלט, איך לערן אין ישיבה, אבער רוב פון מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, און איך בין געבליבן אליין. איך האב נאך אן עלטערער ברודער העכער מיר וואס עס גייט אים נישט אזוי גרינג א שידוך, און איך ווייס נישט צי ער וויל בכלל אזוי שטארק חתונה האבן. איך בין זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך וויין אסאך מאל אויף דעם, איך וויל אזוי שטארק טרעפן מיין שידוך, און ס'זעט נישט אויס ווי עס וועט קומען אזוי שנעל.


בערך א האלב יאר צוריק האב זיך געמאכט א פעסטע קבלה זיך צו האלטן זייער ערליך אין קדושה, עס האט אנגעהאלטן ב"ה, אבער אין די לעצטע וואך האב איך געהאט אסאך גרויסע נסיונות און ליידער האב איך נישט געקענט ביישטיין אלע נסיונות רחמנא ליצלן.


איך בין זייער צעבראכן, אינדערהיים איז מיר זייער שווער, אין ישיבה בין איך זייער לאנגווייליג, און איך האב נאכנישט באשלאסן וועלכע פון די צוויי איז בעסער פאר מיר. מיין גאנצער מח איז נאר פארנומען צו טראכטן ווען איך וועל שוין חתונה האבן, ווען איך וועל שוין האבן א נארמאלע לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט אז קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט א בחור און די צער וואס א בחור גייט דורך. א בחור וויל זיין ערליך, ער וויל זיין ריין און הייליג אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער דרייט זיך ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים וכו'.


דו בעטסט אן עצה וואס דו זאלסט טון אז דו האלסט אין איין אראפפאלן וכו'; פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן אין קדושה אבער עס גייט דיר נישט, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; וואס זאל איך טון איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר ווי איך ווער פארברענט מיט עבירות, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, איך פאל אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות. רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו וואלסט זיך אויסגערעדט צו דיינס א נאנטער חבר, וועט אראפגיין פון דיר אלע דינים און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב די תפילות פון א בחור איז אין הימל; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך דארף נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן און דער אייבערשטער ענטפערט פאר'ן צעבראכענעם הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


אז דו לערנסט אין ארץ ישראל איז כדאי דו זאלסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון, מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְ'ן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#654 - ווי אזוי קען מען זיך היטן די אויגן אויפ'ן גאס?
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים מיט וואס איך בין זיך מחיה יעדן טאג פון פריש, און א ספעציעלן יישר כח פאר די ניגונים וואס מ'זינגט כסדר פאר'ן שיעור, איך ווער יעדעס מאל איבערגענומען פון די געוואלדיגע ניגונים, איך שפיר ממש ווי ס'הויבט מיר אויף, ס'נעמט מיר ארויס פון אלע וועלטליכע זאכן און עס ברענגט מיר אריין אין אזא ליכטיגע וועלט פון אמונה און תשובה.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה. איך וואוין אויף א הויפט גאס אין מיין שטאט, און יעצט אין די זומער איז ממש א פחד צו גיין אויפ'ן גאס וואס איז פול מיט אזויפיל פריצות, און ס'איז מיר זייער שווער, טאג טעגליך דארף איך פירן מלחמות מיט מיר אליין אן אויפהער, ובפרט וואס די איינציגסטע וועג זיך צו היטן די אויגן איז נאר דורכ'ן אראפבייגן די אויגן ביז צו דער ערד, און דאס איז א שווערע זאך צו טון כסדר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס עצות און חיזוק אויף דעם, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים אויף די אלע גוטס וואס איר האט געטון מיט מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען אלע אין דעם זעלבן צרה, נישט קיין חילוק וואו מען וואוינט; מען קען ממש נישט גיין אין גאס זוממער, די גוים גייען אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער זיך צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש ער זאל קוקן וואו עס גליסט זיך אים, און אז מען היט נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם אפגעקילט פון אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו אז ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיט'ן יצר הרע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל ער זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. אזוי אויך זאגט דער רבי (שם) אז אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו אראפקוקן ביז דער ערד, אזוי ווי דער זוהר הקדוש דערציילט (פרשת קדושים פד.): "וְכַךְ הֲוָה רַבִּי שִׁמְעוֹן עָבִיד", דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגט זיך פירן, "כַּד הֲוָה אָזִיל בְּמָתָא וַהֲווּ חַבְרַיָּיא אַזְלִין אֲבַתְרֵיהּ", ווען ער איז געגאנגען אין גאס מיט זיינע תלמידים, "וְחָמָא לְאִינְתּוּ שְׁפִּירָאן", און עס זענען דארט געווען פרויען, "מָאִיךְ עֵינֵיהּ", האט ער אראפגעקוקט, "וַהֲוָה אָמַר לְחַבְרַיָּיא אַל תִּפְנוּ", און ער געזאגט פאר זיינע תלמידים דעם פסוק (ויקרא יט, ד): "אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים", דער אייבערשטער איז דא, גייטס נישט נאך קיין שום אנדערע זאך.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; לייג די האנט אויף די מזוזה און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל זיין ערליך", אזוי אויך פאר דו גייסט ארויס פון בית המדרש, אדער פון סיי וואו - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אנקומען בשלום וואו דו דארפסט אנקומען.


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן שרייבן חדושי תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#653 - שאלות איבער התחזקות, קינדער, און טערעפי
התחזקות, קינדער, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות. איך האב זוכה געווען צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל נאך פסח, און איך האב געהאט פון דעם גאר גרויס חיזוק.


1.      איך וויל וויסן וואס איך טון נישט צו פאלן, יעדעס מאל נעם איך זיך פאר פון פריש צו זיין נאר וואויל און ערליך, און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


2.      אויך וויל איך וויסן וועגן האבן קינדער. מיר האבן ב"ה צוויי קינדער, א אינגל און א מיידל, און איך האב זייער מורא צו האבן נאך קינדער. ביים פריערדיגן קינד האט מיין ווייב געהאט גרויסע פחדים פאר א לאנגע צייט, א רב האט איר געשיקט צו טערעפי און זי איז ב"ה בעסער געווארן, זי איז שוין יעצט גרייט פאר נאך, אבער יעצט בין איך געבליבן דערשראקן. איך ווייס נישט אויב איך קען זיין א גוטער ערליכער טאטע פאר מיינע קינדער, און בכלל איז זייער שרעקעדיג אויפצוציען קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג אינעם היינטיגן שווערן דור.


3.      א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז איך מוז גיין צו טערעפי ארויסצונעמען די פחדים פון מיין קאפ, איך ווייס אבער נישט אויב איך זאל גיין, און נאכדערצו אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט גיין צו טערעפי.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן. א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון


1( בנוגע וואס דו בעטסט אן עצה נישט אראפצופאלן; עס איז נישט דא קיין עצה נישט אראפצופאלן, עס איז דא אן עצה פון נאכאמאל זיך אויפהייבן. אפילו דו פאלסט אין בלאטע זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט בלייבן ליגן דארט; דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.


מיר געפונען אין הלכות טריפות (חולין נא:; שלחן ערוך יורה דעה, סימן נח) אז ווען א בהמה פאלט אראפ דארף מען חושש זיין אז דאס איז א טריפה און אויב מען שחט דאס גלייך נאכן אראפפאלן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער אויב די בהמה הייבט זיך אויף און עס גייט - איז דאס נישט קיין טריפה; דאס זעלבע איז ביי א נפילה וואס א מענטש גייט אריבער, "נָפְלָה" - אז מען איז אראפ געפאלן, "וְעָמְדָה" - און מען הייבט זיך אויף, מען דערהאלט זיך - איז מען נישט קיין טריפה. אזוי אויך "נָפְלָה וְהָלְכָה", אויב מען מען גייט ווייטער אן אין עבודת השם, מען גייט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, מען טוט חסד מיט א צווייטן און מען לערנט די הייליגע תורה - איז אויך א סימן איז מען איז נישט קיין טריפה, דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט אפצולאזן דיינע גוטע רצונות און גוטע מעשים.


2) אז דיין ווייב איז גרייט און האט כח צו מגדל זיין נאך קינדער דארפסטו נישט זיין דערשראקן; דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז געזונט און שטארק און זי איז צוריק געקומען צו אירע כוחות, זיי נישט דערשראקן איבער אויפצוען קינדער, קינדער איז א ברכה און קינדער ברענגט אלעס גוטס. ווען דער אייבערשטער געבט קינדער קומט מיט כח, מח, שכל און פרנסה, ממילא איז א שאד אפצוהאלטן די אלע גוטע זאכן וואס ווארט אראפצוקומען.


3) בנוגע טערעפי וכו'; א שאד צו גיין צו טערעפי ווען דער טערעפיסט קען זיך אליינס נישט העלפן - איז ווי קען ער דיר העלפן... דער רבי איז אונזער דאקטער און אונזער טערעפיסט. נעם די רפואות פונעם הייליגן רבי'ן; מאך זיך א שיעור אין משניות, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווען א מענטש הייבט אן זאגן משניות איז ער זיך אינגאנצן מְשַׁנֶה, מען ווערט אינגאנצן אויסגערייניגט. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון דער ווארט מִשְׁנָה איז (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו ער איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


זיי זיך מתודה צום אייבערשטן וועלן אלע פחדים אוועקגיין; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן לד): "מִי שֶׁאֵינוֹ מִתְוַדֶה עַל עֲוֹנוֹתָיו, מוֹרָא בָּא עָלָיו", ווער עס איז זיך נישט מתודה האט שטענדיג מורא; מען האט מורא פון יעדע זאך און מען איז שטענדיג נערוועז און אנגעצויגן. ווייל אלע נערוועזיקייטן קומט פון עבירות; עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזעקייט פון גארנישט מיט נישט. מען זעט מענטשן וואס האבן באמת א גוט לעבן, עס פעלט זיי גארנישט און דאך זענען זיי נערוועז בייטאג און ביינאכט, און זיי גיפטן זיך אויף יעדע קלייניקייט; דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; דאס מיינט מען דורך כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף.


דערפאר, זאלסטו זען תשובה צו טון אויף דיינע עבירות וועסטו נישט זיין אזוי דערשראקן; זיי זיך מתודה אויף דיין שפראך וועלן אלע פחדים אוועק גיין פון דיר.


אז דו וועסט פאלגן אלעס פון דעם בריוו וועלן אלע פחדים אוועק גיין און דו וועסט לעבן א גוט לעבן צוזאמען מיט דיין ווייב און קינדער.

#652 - האב איך א ריינע אמונה?
אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיין אז איך האב אמונה, אבער למעשה זע איך אז איך פאל נאך אראפ, ווי אזוי קען דאס זיין? ווי אזוי קען זיין אז איך שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן? מיינט דאס אז באמת האב איך נישט קיין אמונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א ריינע אמונה נאר ווען מען זינדיגט ווערט צוביסלעך פארלאשן די אמונה. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען האט נישט קיין אמונה, נאר עס ווערט אפגעשוואכט; דער מענטש שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז ממש ביי אים און נעבן אים.


בפרט ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון ניאוף וכו' אדער אין אנדערע עבירות וואס פארשטאפן דאס הארץ וכו' דעמאלט ווערט ער פול מיט קשיות און ספיקות וכו' און עס איז אים זייער שווער אנצונעמען די פשוט'ע אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט גייט אריין אין אים כפירות; אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", פון דעם קומט אלע קשיות אויפ'ן אייבערשטן רחמנא לצלן.


די עצה אויפצובויען די אמונה איז דורך רעדן פון אמונה; אמונה באקומט מען ווען מען רעדט פון דעם. דערפאר, ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ מער איז מען זוכה צו דעם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט: 'מיט מיין מויל פארצייל איך פונעם אייבערשטן', "הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה - דאס אליין איז אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה.


דערפאר איז א גרויסע זאך אז מען זאל שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן און ווי מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; אז מען פרעגט איינעם: "וועסט קומען היינט נאכט?" זאל מען נישט ענטפערן: "יא", נאר: "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט איינעם: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפערט מען: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", אזוי בויעט זיך אויף די אמונה.


איינמאל מען איז זוכה צו א ריינע אמונה איז דער גאנצער לעבן אנדערש; מען לעבט א חיים טובים, מען לעבט ממש א לעבן אין גן עדן. דערפאר האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים". ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה אן חקירות און אן חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


זע צו זינגען ניגונים פון אמונה, זינג די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; אלץ בחור האט מוהרא"ש זכרונו לברכה פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער. ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם; פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#651 - מעג מען מחזק זיין די אייגענע עלטערן?
כיבוד אב ואם, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די מסירות נפש'דיגע ארבעט וואס איר טוט, מחזק צו זיין אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער איבער די וועלט, און איך צווישן זיי.


איך האב געוואלט וויסן אויב מ'מעג זאגן חיזוק פאר א מאמע. מיין מאמע רעדט זיך אסאך מאל אפ צו מיר, און איך בלייב שטיל ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז דרך ארץ צו זאגן חיזוק און אמונה פאר מאמע, ס'קען אויסזען ווי איך בין איר גאר מחנך.


ווען אן אנדערער מענטש וואלט זיך אפגערעדט צו מיר, וואלט איך אים פרובירט מחזק צו זיין, אבער צו מיין מאמע ווייס איך נישט אויב איך מעג דאס טון, און דאס מערסטע וואס איך זאג איר איז נאר "דער אייבערשטער וועט העלפן".


אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי מיין זון וועט אי"ה דריי יאר אין די דריי וואכן, וויל איך וויסן ווי אזוי זיך צו פירן לגבי די אפשערן, קאפל, ציצית, און טראגן אין חדר.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו פארשפרייטן די ריינע און גרינגע אמונה איבער די גאנצע וועלט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די פראגע צי דו זאלסט מחזק זיין דיין מאמע תחי'; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי מכבד זיין טאטע מאמע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די גאנצע וועלט האט דער אייבערשטער באשאפן, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", און דער אייבערשטער בעט נאר איין זאך פונעם מענטש, ער זאל מכבד זיין די טאטע און מאמע; אז דיין מאמע רעדט זיך אויס און זי קרעכצט צו דיר, זאלסטו איר אויסהערן און איר מחזק זיין. דערצייל איר שיינע מעשיות פון תפילה, דערצייל איר ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים און דערצייל איר מעשיות פון צדיקים וואס זי איז געוואוינט צו הערן זייערע נעמען, עס דארף נישט זיין דוקא פון רבי'ן און צוביסלעך וועט דאס אריין גיין אין איר און זי וועט אויך אנהייבן לעבן מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


בנוגע אפשערן א קינד און מאכן פיאות אין די דריי וואכן; על פי הלכה קען מען אפשערן א קינד ווען ער ווערט דריי יאר אלט אפילו אין די דריי וואכן, און אזוי פירט מען זיך.


מען פירט זיך אז אינעם טאג וואס מען שערט אפ דאס קינד און מען מאכט אים די הייליגע פיאות זאל ער זיין אפגעהיטן פון קוקן אויף שלעכטע זאכן; דארפאר וויקלט מען אים איין אין א טלית ווען מען טראגט אים אין חדר לעקן די האניג כדי ער זאל נישט זען קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך האלט מען אים אין שטוב א גאנצן טאג אז ער זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטע זאכן.


דער עיקר זאלסטו נישט פארגעסן פונעם עיקר; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קינד און דו גייסט אים אפשערן ווי א איד און אים מאכן פיאות וואס דאס איז דער עיקר אידישקייט, אזוי ווי רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און אן עיקר אין אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד.


זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים ביז אהער און זאלסט בעטן אויף ווייטער - פאר אים און פאר אלע קינדער זיי זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן.


"גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים"; כדי זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווי אזוי האב איך זוכה געווען צו גוטע קינדער? דורכדעם וואס יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך געוויינט צום אייבערשטן אויף גוטע קינדער; איך האב אנגעפילט א כוס מיט מיינע טרערן און געבעטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב געזונטערהייט.

#650 - מעג מען טרינקען אלקאהאל ביי פארברענגענס?
משקה המשכר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ירושלים, און איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך פרוביר עס צו געבן אויך ווייטער.


איך האב לעצטנס אנגעהויבן איבערגיין די בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פון אנהויב, און איך האב געזען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט זייער שארף אז דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען קיין אלקאהאל. וויל איך וויסן אזוי ווי ביי אונזער חסידות איז איינגעפירט אז מ'קומט זיך צוזאם פארברענגען אום יום טוב און אין אנדערע ספעציעלע צייטן, און מ'טרינקט ברוינפן, און מ'שמועסט און מ'איז זיך מחזק אינאיינעם. איך האב זייער ליב צו טרינקען, אבער איך טרינק קיינמאל נישט, נאר ביי די פארברענגענס, און דעמאלטס גיי איך אויך נישט ארויס פון די גלייזן, פארקערט איך שפיר זיך מער דערהויבן און נענטער צום אייבערשטן, מ'שעמט זיך נישט צו רעדן מער דיבורי אמונה וכדומה. וויל איך וויסן אויב דאס גייט אויך אריין אין דעם כלל אז דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען משקה המשכר, אדער איז דאס געזאגט געווארן נאר פאר מענטשן וואס פארלירן זיך פון אביסל אלקאהאל און טוען נאכדעם נארישקייטן.


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלע חיזוק, און פאר אונזער נייע חבורה דא אין ירושלים, וואס מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט דאך אז דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט טרינקען קיין משקה המשכר (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו) ווייל טרינקען ברענגט צו אלעם שלעכט.


אין ספר המדות האט דער רבי א גאנצע ערך פון די הארבקייט און עקלדיגקייט פון א שיכור; ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות שכרות, סימן ד): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב מִי שֶׁאֵינוֹ מִשְׁתַּכֵּר", דער אייבערשטער האט ליב ווער עס טרינקט נישט; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ג): "אִי אֶפְשַׁר לְשִׁכְרוּת שֶׁלֹּא יָבִיא לְאֵיזֶה תַּקָלָה", עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט ארויס קומען שלעכטס ווען מען שיכור'ט זיך אן; דעריבער זאלסטו פון היינט אכטונג געבן מער נישט צו טרינקען א גאנץ יאר קיין משקה המשכר.


דאס וואס דו זאגסט אז נאכ'ן טרינקען אלקאהאל שפירסטו זיך מער נענטער צום אייבערשטן; דער רבי האט פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ב) אז די מענטשן פון די מדינה האבן געוואלט אנטראגן זייער מלכה - די ווייב פונעם בן מלך - פאר דעם דאקטער וכו', אבער זיי האבן זיך געשעמט דאס צו רעדן פאר'ן מלכה וכו', האבן זיי געטראכט אז מען וועט מאכן א סעודה און מען וועט זיך אנטרינקען אזוי וועט מען קענען רעדן פונעם שידוך. בשעת די סעודה ווען זיי זענען געווען אנגעטרינקען האבן זיי אנגעהויבן רעדן דעם שידוך פאר'ן דאקטער, האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "עֶס וָואלְט אַוַדַאי זֵייעֶר שֵׁיין גֶעוֶוען, נָאר מֶען זָאל דָאס רֶעדְן נִישְׁט מִיט אַ אָנְגֶעטְרִינְקֶענֶעם מוֹיל", עיין שם; אין די מעשה שטייט ממש וואס דו זאגסט, מענטשן שעמען זיך צו רעדן אפן פון אמונה, נאר ווען מען טרינקט זיך אן דעמאלט רעדן מענטשן אזעלכע שיינע ווערטער, ממש מען זעט שיכורים שרייען: "אייבערשטער איך האב דיר ליב!" אבער דער אייבערשטער זאגט: "עֶס וָואלְט אַוַדַאי זֵייעֶר שֵׁיין גֶעוֶוען, נָאר מֶען זָאל דָאס רֶעדְן נִישְׁט מִיט אַ אָנְגֶעטְרִינְקֶענֶעם מוֹיל", עס איז הערליכע דיבורים אבער איך וויל דאס הערן מיט א טריקענעם מויל נישט אנגעטרינקענערהייט.


ענדערש טרינק זיך אן מיט אונגארישע וויין, די יין המשומר פון הייליגן רבי'ן; דאס מאכט פרייליך דעם מענטש און עס נעמט אוועק פון אים אלע צער און עגמת נפש. איינמאל דער מענטש איז טועם פון רבינ'ס ווערטער קען מען אים שוין נישט אפנארן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, דעם קען מען שוין נישט פארנארן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#649 - מעג מען לערנען אליין, אדער נאר מיט א חברותא?
לימוד התורה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן ב"ה אין כולל, און איך לערן ב"ה יעדן טאג מיינע שיעורים כסדרן. פארגאנגענעם זמן האב איך פרובירט צו לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא, למעשה האט עס אבער אויסגעזען ממש ווי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ ביי די שיעורים, ווען איך האב שוין יא געוואלט לערנען, האט מען חברותא נישט געהאט קיין געדולד, וחוזר חלילה.


איך האב שוין געטראכט אסאך מאל אנצוהויבן אליין לערנען שלחן ערוך, איך ווייס אבער נישט צי אויף דעם גייט ארויף דער פסוק "חרב על הבדים ונואלו", אז מ'זאל נישט לערנען אליין. אבער פון די אנדערע זייט לערן איך דאך מיינע שיעורים אויפ'ן דרך הלימוד אויך אליין.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווען מ'מעג יא לערנען אליין, און ווען מ'דארף לערנען מיט א חברותא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז.) אויפן פסוק (ירמיהו נ, לו): "חֶרֶב" – עס זאל קומען א שווערד, "אֶל הַבַּדִּים" - אויף די וואס לערנען אליינס אן קיין חברותא; "וְנֹאָלוּ" – מען ווערט פארנארט און מען קומט צו זינד ווען מען לערנט אליינס; זאגט מען נאך פונעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו (ראה שאלות ותשובות תשובות והנהגות חלק א, סימן תקמב; ועוד) אז דאס איז געזאגט געווארן אין די צייטן פון חז"ל ווען עס איז נישט געווען קיין ספרים און מען האט געלערנט בעל פה, דעמאלט אויב מען לערנט אליינס קען מען צוקומען צו לערנען מיט טעותים דעריבער דארף מען לערנען מיט א חבר נישט צו קומען צו לערנען מיט גרייזן, אבער היינט ווען מען לערנט אין ספרים דארף מען נישט לערנען דוקא מיט א חבר; בפרט אז מען זיצט און מען פלוישט מיט א חבר דעמאלט איז זיכער בעסער צו לערנען אליינס. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הַפּוֹסֵק מִדִּבְרֵי תּוֹרָה וְעוֹסֵק בְּדִבְרֵי שִׂיחָה, מַאֲכִילִין אוֹתוֹ גַחֲלֵי רְתָמִים", ווער עס איז מפסיק אינמיטן לערנען באקומט אן עונש אז מען געבט אים צו עסן גחלי רתמים.


דעריבער אז דיר איז גרינגער צו לערנען אליינס זאלסטו נישט קוקן אויף גארנישט, נאר זיך קובע זיין שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. נעם א חומש און לערן יעדן טאג חומש רש"י, נאכדעם מאך זיך א שיעור אין נ"ך, משניות, בבלי, ירושלמי, און אין שלחן ערוך. רוב גדולים זענען אויסגעוואקסן גדולים וצדיקים דורך לערנען אליינס, זיי האבן נישט געהאט צוטון מיט קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#648 - מעג מען גיין צום דאקטער און נעמען מעדעצינען?
רפואה, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים, ממש מחיה נפשות, ווען מ'צינדט אן הויך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי אונז אינדערהיים, שפירט מען ממש אזא שטארקע אמונה, אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אלעמאל און מיר דארפן זיך נישט זארגן פאר קיין שום זאך.


ביי אונז פלעגט מען זיך פירן אז עמיצער האט נישט גוט געפילט, האט מען גענומען אביסעלע מאטרין אדער טיילענאל קודם אוועקצונעמען די שמערצן, און דענאך האט מען גענומען אביסל וויטאמינען, צום ביישפיל וויטאמין סי אדער די, און פארשטייט זיך געבעטן אסאך דעם אייבערשטן אז ס'זאל אוועקגיין די גאנצע פארקילעכץ וכדומה.


לעצטנס האב איך אבער געזען א שיחה אין ספר אבניה ברזל אז מ'זאל נישט גיין צו דאקטורים, אז די דאקטורים די שלוחים פונ'ם מלאך המות, און אזוי ווייטער אז די דאקטורים זענען זייער שעדליך. אויך שטייט דארט אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם, "ווען מ'איז געזונט דארף מען טון און טון אין עבודת ה', און ווען מ'איז נישט געזונט לייגט מען אוועק דעם שער און אייזן", וואס פון דעם זעט אויס אז אפילו ווען די קרענק שטערט צו עבודת ה', זאל מען אויך נישט גיין צו דאקטורים, און אויך נישט נעמען קיין רפואות.


פון דעם זע איך אז מ'טאר נישט נעמען קיין וויטאמינען, און זיכער נישט קיין טיילענאל און מאטרין.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר קלאר שטעלן וואס און וויאזוי מען מעג יא נעמען רפואות, און ווען מ'טאר נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אמת טאקע אז דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זיך היטן פון דאקטורים וכו'; אבער פון רבינ'ס צייטן ביז היינט האט זיך געטוישט די וועג און מיטלען פון רפואות ווי פון הימל ביז'ן ערד, די רפואות היינט זענען זייער פארגעשריטן און היינטיגע דאקטורים זענען נישט די דאקטורים פון אמאל. דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט אז ווען מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צום גרעסען דאקטער, דעריבער זאלסטו זיך נישט צוריק האלטן פון גיין צום דאקטער און פון נעמען רפואות.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר מען גייט צום דאקטער, און געבן צדקה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג) אז ווען א מענטש גייט צום דאקטער זיך היילן וכו' זאל ער געבן צדקה, און מען זאל מאכן א פדיון נפש פאר מען גייט צום דאקטער זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.): "בְּשָׁעָה שֶׁמְשַׁגְרִין יִסּוּרִין עַל הָאָדָם, מַשְׁבִּיעִין אוֹתָן שֶׁלֹּא תֵּלְכוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וְלֹא תֵּצְאוּ אֶלָּא בְּיוֹם פְּלוֹנִי, וּבְשָׁעָה פְּלוֹנִית, וְעַל יְדֵי פְּלוֹנִי, וְעַל יְדֵי סַם פְּלוֹנִי", ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פונעם מענטש, דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין וכו' עס זאל אויסגעהיילט ווערן, נו אויב אזוי – פרעגט דער רבי - ווי אזוי קען מען גיין צום דאקטער ווען מען ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פאר'ן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אז אויב א מענטש מאכט א פדיון און ער בעט דעם אייבערשטן אז דער מלאך רפאל זאל שטיין נעבן דעם דאקטער, דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט דארפן צוקומען צו קיין דאקטורים און צו קיין רפואות, אבער אז דו האסט קאפ ווייטאג זאלסטו אודאי נעמען טיילענאל וכדומה.