תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר זענען שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר צום גוטן, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען דערווייל צו קינדער.
איך האב די זכי' צו לערנען זוהר הקדוש יעדן טאג, איך בין שוין געווען עטליכע מאל אין מירון אויף ל"ג בעומר, מיר האבן צוגעזאגט צו געבן א נאמען שמעון, און ענדליך האבן מיר שוין אנגעהויבן ווארטן א שמחה, אבער שפעטער האט מען פארלוירן.
מיר זענען זייער צעבראכן, מיין ווייב וויל שוין נישט קומען אויף מירון פון צעבראכנקייט, זי זאגט אז אויב איך וויל קען איך אליין פארן. איך האב שוין באשטעלט טיקעטס צו פארן אויף ל"ג בעומר, אבער איך קען נישט באשליסן צי איך זאל פארן אדער נישט.
איך וואלט זיך זייער געפריידט צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז ריכטיג צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר אז אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט און טוט - איז מיט א חשבון, אלעס איז פאר אונזער טובה, פאר אונזער אייביגע גוטס; מיר דארפן נאר איין זאך, מתפלל זיין און האפן צום אייבערשטן.
איך ווייס אז עס רייסט דאס הארץ, ענק זענען זייער פארקלעמט, ענק ווארטן שוין אזויפיל יאר און ענדליך האט מען געמיינט אז מען וועט שוין האבן וכו' און מען האט פארלוירן וכו'; דאך בעט איך ענק זייער, גלייבט באמונה שלימה אז דאס איז פאר ענקער טובה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, מען דארף גלייבן אז דאס איז די טובה, מען דארף זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן.
פאר צו רבי שמעון און גיי צו נאך קברי צדיקים, און גלייב באמונה שלימה אז ביי די צדיקים קען מען פועל'ן גרויסע ישועות, און אויך ווען מען זעט נאכנישט גלייך די ישועה - איז דאס אויך א חלק פון די ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.