שאלה אין קורצן ענין
#271 - דארף מען רעדן שיין און זיך באדאנקען פאר די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, עצתו אמונה, בריוו, ברית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדע וואך, איך און מיין ווייב און קינדער ליינען יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה", מיר זענען זיך מחי' דערמיט, און מיר פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן מער בריוו.


איך האב א שטיקל ויכוח מיט מיין ווייב איבער ווען מ'בעט עפעס פון א קינד אויב מ'זאל זאגן "ביטע" און "יישר כח". איך האלט אז ווען עלטערן בעטן עפעס פון א קינד דארף מען נישט בעטן מיט "ביטע" און מ'דארף זיך נישט באדאנקען, אבער מיין ווייב האלט אז יא, וויל איך וויסן וואס דער ריכטיגער וועג איז.


אויך האב איך געוואלט וואונטשן א מזל טוב צום געבורט פון אייער אייניקל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל אידיש נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. איך האב געזען אויף די בילדער פונעם ברית אז איר זענט געווען "קוואטער", האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז דא א ספעציעלער ענין צו זיין קוואטער, און וואס איז דער ענין דערפון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט חיזוק פון די בריוו; דו און דיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די בריוו. וויסן זאלסטו אז דאס וואס שטייט אין די בריוו איז נישט מיינס, אלעס איז גענומען פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש זיין גאנץ לעבן. גלייב מיר, איך וויל אויך שרייבן מער, איך קום פשוט נישט אן צו שרייבן און ענטפערן אויף אלע בריוו וואס ווארטן אויף אן ענטפער.


בנוגע צי מען דארף רעדן שיין צו קינדער וכו'; איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, בפרט ווען זי איז גערעכט מיט'ן רעדן שיין צו די קינדער. מען דארף רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיך שטענדיג באדאנקען און זיכער צו די קינדער, ווייל ווי אזוי מען רעדט צו די קינדער אזוי וועלן זיי רעדן צו אנדערע. קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; אז מען רעדט צו זיי שיין און מען באדאנקט זיך פאר זיי, וועלן זיי אויך רעדן שיין צו אנדערע און זיך באדאנקען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן חז"ל (מדרש תנחומא, וישלח, ז) אויפ'ן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה – בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך אזוי פירן זיך די קינדער.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין ויכוחים. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א פרוי גייט מען נישט אין ויכוחים"; בפרט אין דיין פאל איז זי דאך גערעכט, אודאי דארף מען זיך באדאנקען און שיין רעדן צו זיי.


בנוגע קוואטער וכו'; עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז א לשון פון קטורת (אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן [כריתות ו:] דער לשון פון קטורת איז דָבָר שֶׁ'קוֹטֵר' וְעוֹלֶה), היות א ברית איז אזוי ווי מקטיר זיין קטורת, פון דעם איז דער ווארט קוואטער. עס איז דא וואס זאגן אז קוואט-טער איז א לשון פון כבוד – טיר, אז דער כיבוד איז ביים טיר ווען מען ברענגט אריין דעם קינד. עס זענען פארהאן אסאך סגולות אין דעם, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר קינדער, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר עשירות.


א פרייליכן יום טוב.

#270 - ווי אזוי קען איך שלום מאכן מיט מיין ברודער?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורי חיזוק, און אויך מיט די שיעורים אויף ש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אן עצה אויף א זאך וואס שטערט זייער שטארק מיין לעבן. איך האב אן עלטערער ברודער וואס איך בין אמאל געווען זייער גוט מיט אים, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם, למעשה א שטיק צייט צוריק האבן מיר געהאט א סכסוך וועגן געלט זאכן, או דאן האבן מיר זיך צעטיילט, ס'איז געווארן א מחלוקת צווישן אונז, וואס די גאנצע משפחה האט מיטגעהאלטן.


יעצט איז שוין די סיבות בכלל נישט שייך, אבער די שנאה איז געבליבן. כמעט וואס מ'רעדט נישט איינער מיט'ן צווייטן, און ווען יא איז עס זייער קאלט. איך האב פרובירט אפאר מאל צוריקצודרייען אבער ער לאזט זיך נישט, ער טרעפט אלץ א וועג וויאזוי מיך אויפצורעגן אז ס'נעמט נישט קיין עק, איך שפיר איך האלט עס נישט אויס. וויאזוי קען איך מיך איבערבעטן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון דערפון; ווילאנג דו פון דיין זייט קריגסט זיך נישט און דו האסט אים נישט פיינט דארף דיר עס נישט אנגיין.


בוי אויף דיין משפחה און זיי נישט פארנומען מיט אנדערע; זע אז עס זאל נישט זיין צווישן דיר און דיין ווייב קיין פיינטשאפט, דו מיט דיין ווייב לעבט בשלום און אז דיינע ברידער ווילן רעדן מיט דיר איז גוט און אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר איז נאך בעסער, עס זיך נישט אויף פון דעם.


טראכט פון תכלית; ווי לאנג איז מען בכלל דא אויף די וועלט? עס גייט אריבער אפאר יאר און מיר וועלן אלע דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, עס בלייבט נישט איבער נאר דאס ביסל וואס מען לערנט און דאווענט, עס בלייבט איבער דורות וואס מען איז זוכה איבערצולאזן.


אנשטאט רעדן מיט דיינע ברידער רעד מיט דיינע קינדער; דערצייל זיי שיינע מעשיות, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה. אנשטאט רעדן מיט מענטשן רעד צום אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און אלעס פאררעכטן.

#269 - ווי אזוי קען מען געבן פאר מענטשן די גוטע עצות אויף שלום בית?
שלום בית, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, און איך בין זיך מחי' מיט אייערע געוואלדיגע דיבורים און דרשות, דאס געבט מיר פיל חיזוק און עצות אין לעבן.


נעכטן האט אריינגעקלאפט ביי אונז א מפיץ, ער האט אונז געגעבן דעם קונטרס "היופי שבטוב", מיין מאן האט אים פארשטייט זיך זייער שיין אויפגענומען און אים געגעבן צו טרינקען, און אים געגעבן א שיינע נדבה.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן נאך שיעורים פאר פרויען, ווי אזוי מכבד צו זיין דעם מאן און אזוי ווייטער, וואס פעלט ספעציעל וויכטיג אויס אין די יעצטיגע צייטן ווען מ'געפונט זיך א גאנצן טאג אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי פארשפרייטן פאר אנדערע די ספרים און קונטרסים וואס ענטהאלטן עצות פון הייליגן רבי'ן, אז אנדערע זאלן אויך קענען לעבן א חיים טובים; זיי פארגינען פאר אנדערע צו האבן וואס זיי האבן, 'אז איך בין זיך אזוי שטארק מחי' מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פארגין איך דאס פאר אנדערע מענטשן וואס ווייסן נישט פון רבי'ן, אז זיי זאלן אויך האבן די זיסע לעבן וואס איך לעב'.


אז איר האט באקומען עצות און הדרכה צו האבן א גוטע שלום בית, איר זענט זיך מחי' מיט די שיעורים, איז נישט גערעכט דאס צו האלטן פאר א סוד אז נאר איר זאלט וויסן פון דעם, איר דארפט טראכטן וועגן ווי אזוי אייערע געשוויסטער און פריינט זאלן אויך קענען הערן די שיעורים און לערנען די ספרים כדי צו האבן א חיים טובים.


וואויל איז דעם וואס טראכט טאג און נאכט: 'ווי אזוי קען איך מחי' זיין נאך א איד?' 'ווי אזוי קען איך אויסלערנען נאך איינעם דאס זיסקייט פון לעבן?' נאך מענטשן זאלן וויסן אז מען קען תשובה טון און לעבן מיט די תורה, דער וועט זוכה זיין צו זיין אין די מחיצה פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", דער וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - דארף מען אלעס דערציילן פאר די ווייב?
שלום בית, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חשובע שיעורים און עצות, בפרט אויף שלום בית, וואס העלפט מיר גאר אסאך.


איך האב שטארק געוואלט האבן אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב ב"ה זייער א וואוילע ווייב, איך בין זייער אפן מיט איר ב"ה, מיר שמועסן אלעס דורך צוזאמען, און מיר לעבן ב"ה בשלום. די מעשה איז אבער אז ס'איז דא געוויסע זאכן אין מיין ביזנעס וואס כ'וואלט זייער נישט געוואלט ס'זאל אנקומען צו פרעמדע אויערן, און וויפיל איך זאל נאר בעטן מיין ווייב זי זאל דאס נישט איבערזאגן פאר קיינעם, וועט זיך עס אבער ארויסגליטשן פון איר, זי טוט עס נישט פאר שלעכטקייט חלילה, נאר פשוט ס'גייט ארויס פון איר אומוועלנדיג. דער אייבערשטער האט מיר געגעבן דעם שכל זיך נישט צו קריגן וועגן דעם, איך האב איר מוחל געווען, איך וויל נאר וויסן ווי אזוי צו האנדלען פון יעצט און ווייטער. איר נישט צו דערציילן איז אויך נישט קיין עצה, כ'האב שוין איינמאל איר געזאגט אביסל אנדערש פונעם אמת, און שפעטער האט זי זיך זייער באליידיגט פון דעם.


ביטע געבט מיר א גוטע עצה ווי אזוי צו האנדלען אין דעם מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, עס איז דא השראת השכינה, און חס ושלום אז מען קריגט זיך טרייבט מען ארויס דעם אייבערשטן; אנשטאט די שכינה - קומען די נישט גוטע, דער שטן קומט אין שטוב ה' ישמרינו. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; די שכינה רוט נאר דארט וואו עס איז דא שלום, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.).


דארפסט נישט אלעס דערציילן אין שטוב; ווילאנג דו ברענגסט פרנסה וועט דיין ווייב זיין גליקליך און צופרידן, דיין ווייב וועט נישט זיין בייז אויף דיר אז זי וועט נישט וויסן אלע איינצעלהייטן פונעם געשעפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#267 - ווי אזוי קען מען טוישן די שלום בית צום גוטן?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט מיטטיילן דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט אין מיין לעבן. איך האב שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר צוריק, און פאר א לאנגע צייט האב איך געהאט אסאך שוועריגקייטן מיט מיין מאן. איך האב געפילט אז ס'איז מיר באשערט צו לעבן מיט א מאן וואס איז נישט אינטערעסירט אין מיר און האט מיר נישט צו שטארק ליב, ער האט בעסער ליב געהאט די גאנצע וועלט חוץ מיר.


דער מצב פון מיין שלום בית האט מיר שרעקליך געשטערט, איך האב אבער געשפריט ווי ס'איז גארנישט דא צו טון דערצו, איך בין אריבער זייער שווערע צייטן, און איך האב געטראכט אז איך דארף פשוט שלום מאכן מיט די מצב. ער האט נישט אויפגעהויבן א פינגער מיר צו העלפן אין שטוב, קיינמאל נישט געווען מיר מחזק צו זיין, איך וואלט שוין לאנג אהיימגעלאפן צו מיינע עלטערן, אבער ברוך ה' אז איך בין נישט געקומען פון צו א געזונטע שטוב, דערפאר האב איך בכלל קיינמאל געטראכט פון אהיים גיין, ווייל דארט האט מען מיר זייער צוקלאפט.


ביז איין טאג ווען ס'איז געשען דער גרויסער נס אז איך און מיין מאן האבן אנגעהויבן הערן די שעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אונזער גאנצע לעבן האט זיך ממש געטוישט, איך האב נישט גענוג ווערטער עס ארויסצוגעבן. מיין מאן האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן אינטערעסירן און טראכטן וועגן מיר, עררעדט שיין צו מיר, ער האט מיר ליב, און ער האט מיר אנגעהויבן העלפן אינדערהיים.


ס'האט אויסגעזען ממש ווי א חלום, איך האב נישט געקענט גלויבן מיינע אויגן, אבער ס'איז דאך א פאקט, ס'איז ממש א ריזיגער נס, איך שפיר זיך ווי נאכאמאל חתונה געהאט, מיר זענען ביידע צוויי נייע מענטשן.


א גרויסן יישר כח, ראש ישיבה, פאר די הערליכע שיעורים וואס האט געראטעוועט אונזער לעבן, איך פיל זיך גליקליך און אויסגעהיילט מיט די אלע זיסע עצות. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אויף ווייטער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי איר שרייבט; ווען מען הויבט אן הערן דעם רבינ'ס ווערטער באקומט מען שכל, מען ווערט מען א נייע מענטש, מען הויבט אן לעבן א פרייליכע לעבן, מען הויבט אן לעבן אן עכטע לעבן; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס דער רבי לערנט מיט זיינע מענטשן וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אלע וואלטן געלערנט דעם רבינ'ס ספרים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס גייט אויך ארויף אויף א ברסלב'ע שטוב, די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא אין א ברסלב'ע שטוב, מען לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן - וואס מען זעט נישט ביי אנדערע. ליידער הערט מען און מען זעט ביי זייער פיל משפחות אז מען לעבט נישט איינער מיט'ן צווייטן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן; מען קריגט זיך, מען בארעדט זיך, דער מאן מאכט חוזק פון די ווייב פאר זיינע חברים, ער זוכט ווי ער קען איר אויסנארן און זאגן ליגנט, ער וויל נישט אהיים קומען, ער זוכט תירוצים וואס ער קען איר זאגן, און ביי די ווייב איז אויך אזוי, זי רעדט מיט אירע חבר'טעס אלע פריוואטע זאכן פון איר מאן, און עס איז נישט דא קיין ליבשאפט. אבער ווען מען לעבט מיט'ן צדיק, מען הערט זיך צו צו צום הייליגן רבינ'ס דיבורים, דאן ווערט ממש מקוים וואס דער רבי זאגט: "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך.


וואויל איז דעם וואס לעבט בשלום, מען געבט נאך איינער דעם צווייטן, מען זוכט דאס גוטס איינער ביים צווייטן; די וועלן האבן אלע ברכות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.), און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה, מען איז זוכה צו אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#266 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין מאן זאל אהיימקומען צייטליך?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע חיזוק און עצות.


איך בין א פרוי, א מאמע פון פיר פיצלעך קינדער, דער עלטסטער איז נאכנישט פיר יאר אלט, און איינע פון זיי איז ליידער נישט געזונט ל"ע. מיין מאן ברענגט ב"ה פרנסה אין שטוב, און אלעס פארט מיט א סדר ב"ה.


מיין מאנ'ס ארבעטס פלאץ איז נישט צו ווייט פון אונזער הויז, אומגעפער א פופצין מינוט צו שפאצירן, ער האט אבער א איד וואס ארבעט מיט אים וואס קען אים אהיימברענגען מיט זיין קאר א שעה שפעטער פון ווען ער דארף אהיימקומען, און מיין מאן כאפט זיך כסדר צו צו דעם, און ער ווארט אן איבריגע שעה ביי די ארבעט, צו קענען קומען מיט די קאר.


איך ווער ממש צעריסן אויף שטיקער אינדערהיים, איך דארף לויפן פון איין קינד צום צווייטן די גאנצע צייט, און איך ווארט שוין קוים אז ער זאל אהיימקומען פון די ארבעט און צולייגן אביסל א האנט, אבער כמעט יעדן טאג קומט ער אן א שעה שפעטער, מיט'ן זעלבן תירוץ אז ער האט געווארט פאר די קאר.


איך האב ב"ה גוטהארציגע שכנים וואס לייגן צו א האנט אביסל, אבער רוב צייט דארף איך אליין זיך אפגעבן מיט די קינדער, און עס טוט מיר זייער שטארק וויי אז מיין מאן פארשטייט אפילו נישט ווי שווער איך ארבעט מיט די קינדער, ער האלט אז איך טרייב איבער און ס'איז באמת נישט אזוי געפערליך אז איך שטרענג זיך אזוי שטארק איבער אינדערהיים.


איך האב אים שוין געבעטן מיט גוטנס און מיט טרערן, אבער עס בלייבט ווייטער ביים אלטן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי איז אמאל געקומען צו א רב פארלאנגען א גט, זי וויל זיך גט'ן פון איר מאן; האט דער רב איר געפרעגט פארוואס זי וויל זיך גט'ן פון אים, האט זי געזאגט: "מיין מאן קומט אהיים זייער שפעט, איך דארף אליינס זיין מיט די קינדער, איך האב שוין אלעס פראבירט אבער עס העלפט גארנישט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, איך וויל א גט", זאגט איר דער רב מיט גרויס חכמה: "אז דו וועסט זיך גט'ן וועט ער נישט אהיים קומען פריער, עס וועט דיר נישט העלפן".


די מעשה זעט אויס ווי א וויץ אבער אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם זייער א טיפע חכמה, א מענטש וויל אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען לויפט ער אריין אין טיפערע פראבלעמען. אז עס איז שווער ווען דער מאן קומט אהיים שפעט וועט דאך זיכער זיין שווערער ווען עס וועט בכלל נישט זיין קיין טאטע אין שטוב, אז יעצט איז שווער מיט די קינדער און די ווירטשאפט אז ער קומט אהיים שפעט, וואס וועט זיין אן א מאן, אן א טאטע? וועט דאך זיין גאר ביטער.


אז איר ווילט טאקע אן עצה זאלט איר אריין נעמען ביי זיך וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז, מוהרא"ש האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו לעבן א גוט לעבן, דער סוד פון האבן א גוט לעבן איז מען זאל שטענדיג האלטן קאפ און זוכן צו "זיין קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵּיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט.


ווען מען הערט אייער זייט וואס איר דערציילט זענט איר הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דא דארף מען אביסל חכמה, אביסל שכל; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט אים אפווארטן מיט א שמייכל און אים אויפנעמען ווארעם וכו', וועט איר זען ווי עס וועט זיך טוישן, סיי ביי אייך און סיי ביי אים, קודם ביי אייך וועט זיך טוישן אז איר וועט נישט זיין בכעס, איר וועט זיך פרייען אויף דאס ביסל וואס ער איז יא אין שטוב, און ביי אים וועט זיך אויך טוישן, ער וועט ליב האבן אהיים צו קומען, ער וועט אהיים קומען גלייך נאך ארבעט.


עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו טון, בפרט ווען איר האט שוין א לאנגע צייט אין אייער הארץ אנטקעגן אים וכו', וכו'; מיט דעם אלעם בעט איך אייך זייער, איר פון אייער זייט זאלט רעדן שיין צו אים, זייטס ווייטער ווארעם צו אים און ווארטס אים אפ מיט א שמייכל וכו'. א קלוגע פרוי האט די מעגליכקייט אינגאנצן איבערצודרייען איר מאן לטובה; איך בעט אייך, ווארטס אויס אויף א ישועה און אנטלויפטס נישט. עס איז נישט קיין חכמה צו צעברעכן א שטוב ווען מען קען עס נאך ראטעווען.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, דאס גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים ווייזט יענער צוריק א זויערע פנים. דערפאר, זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "זיי קלוג, נישט גערעכט", איר זאלט זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן, ווייל די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס, מענער האבן ליב צו זיין די בעלי בתים וכו', זיי ווילן נישט אז די ווייב זאל זיי אריין זאגן וכו' וכו'; דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן שיינערהייט, געבט אים דעם כבוד, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהויבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


איר שרייבט אז איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם; עס איז שווער אנצונעמען אז עס איז וואר וואס איר זאגט ווייל מיט שיינעם פועל'ט מען, קען זיין אז איר האט פרובירט צו רעדן שיין אבער אן סבלנות, אן געדולד, ווייל ווען מען רעדט שיין און מען האט געדולד קען מען איבערדרייען דעם שווערסטן נאטור, מען קען איבערדרייען דעם שווערסטן מענטש אים צו מאכן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#265 - איך האב זיך שוין גע'גט, ווי אזוי טרעפט מען א גוטע שידוך?
שידוכים, יבנאל, שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריקייטן אין לעבן, איך האב חתונה געהאט מיט א מאן וואס האט מיר צוביסלעך אפגעטיילט פון יעדן איינעם, פון מיינע עלטערן, פון מיינע געשוויסטער, און פון מיינע חבר'טעס, ביז איך האב געמוזט זיין אנגעהאנגען נאר אין אים, און דאן האט מיר אנגעהויבן זייער צו פייניגן און רודפ'ן, מיר נישט געלאזט קויפן קיין קליידער און קיין שום זאך, און פיל מאל בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון הויז.


איינמאל האט ער גערופן די פאליציי אויף מיר אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, די פאליציי האט גערעדט מיט מיר און געזען אז איך בין אין ארדענונג, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געקומען מיר ארעסטירן, נאר זיי האבן געזען אז אלעס איז אקעי, און האבן מיר אפגעלאזט. דאס איז נאר איינע פון די פילע דוגמאות וויפיל איך האב געליטן פון אים.


למעשה האב איך זיך געמוטשעט זייער שטארק, איך האב אייך דעמאלט געשיקט א בריוו צו בעטן חיזוק, איר האט מיר מחזק געווען און געזאגט איך זאל אייך מבשר זיין גוטע בשורות פון מיין מאן און קינדער, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין קינדער, און יענעם טאג וואס איך האב צוריק באקומען אייער ענטפער איז מיין מאן אנטלאפן פון שטוב, און זעט אויס אז דאס איז געווען די גוטע בשורה, איך האב זיך זייער געמוטשעט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט מסכים געווען מיר צו שיקן א גט.


זייט מיר האבן זיך גע'גט, האב איך אנגעהויבן צו ווערן צוריק א פרייליכער מענטש, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין מיין לעבן מיט אים, ער האט מיר ארויסגענומען די גאנצע סיפוק אין לעבן. יעצט האב איך געזען אז איך קען זיך ב"ה נאך בעסער אן עצה געבן ווי מיט אים, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן צו האבן אויף צום לעבן, איך קען זיך נישט אנלייגן אויף מיינע עלטערן.


איך וויל זייער טרעפן א גוטע וואוילע און ערליכע שידוך, און צוריק אנהויבן א נארמאלע לעבן, איך דארף חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן אין לעבן, און איך דארף תפלות צו טרעפן ווי שנעלער מיין ריכטיגער שידוך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט פטור געווארן פון דעם מסוכן'דיגער מענטש וואס האט אייך געפייניגט מיט שרעקליכע פייניגונגען; א נס אז ער האט אייך געגעבן א גט, יעצט קענט איר זיך ערהוילן, זיך שטארקן און זיין גרייט צו טרעפן אייער זיווג און אויפבויען א בית נאמן בישראל.


די גרעסטע חיזוק פאר אייך, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער היט אייך פון שלעכטס, איר זענט פטור געווארן פון דעם אדם מסוכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיב:): "אֵין אָדָם דָּר עִם נָחָשׁ בִּכְפִיפָה אַחַת", א מענטש קען נישט וואוינען מיט א שלאנג אין איין לאך; דאס איז א משל פאר מאן און ווייב, אויב איינער איז א שלאנג, ער פייניגט דעם צווייטן רחמנא לצלן קען מען נישט זיין אינאיינעם אין איין שטוב; זעט איר דאך קלאר די חסדים פונעם אייבערשטן, ער האט אייך געראטעוועט פון ערגערע צרות.


כאפט אייך אריבער קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש, איר זאלט דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים; איידער איר הייבט אן תהילים זאלט איר זאגן: "איך גיי יעצט זאגן ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן תהילים פאר זיין זכות וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים ברענגען זיין שידוך".


מוהרא"ש האט צוגעזאגט און אונז געלאזט צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#264 - קענט איר מיר געבן הדרכה צו מיין חתונה?
שלום בית, חתן, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א בחור פון ארץ ישראל וואס הערט אויס אלע שיעורים, און דאס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך האב שוין עטליכע מאל געענדיגט ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' א חתן געווארן, מיין חתונה איז אין צוויי חדשים ארום, און איך האב געוואלט באקומען הדרכות ווי אזוי צו צוצוגיין צו די חתונה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיט'ן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס א חסרון אין שלום בית.


ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האלטן חשוב די ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גייען אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


דעריבער אז דו גייסט יעצט צו די חתונה, זאלסטו שטענדיג אכטונג געבן אויף דיין ווייב; זאלסט רעדן צו איר שיין און איר געבן אסאך גוטע ווערטער, קיינמאל נישט טענה'ן מיט איר; מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט א ווייב איז אלץ גערעכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, זאלסט שטענדיג זוכן ווי דו קענסט אויפבויען דיין ווייב, איר געבן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי טון שטענדיג דיין ווילן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט'ן מאן נאר אויב ער מאכט ער פאר א כלי; ווי מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב מען בויט אויף די ווייב, מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי, מען הייבט איר אויף מיט גוטע ווערטער: "דו קענסט יא", "דו ביסט יא", "דו ביסט מיין לעבן", וכו' וכו' ווערט זי א געבויטע כלי און זי וועט ווערן איינס מיט דיר, ענקער שטוב וועט זיין א משכן, א פלאץ פאר השראת השכינה .

#263 - דארף איך עפעס טון ווען איך הער ווי דער שכן קריגט זיך אינדערהיים?
שלום בית, הפצה, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איינער האט מיר דערציילט אז זיינע פרישע שכנים, א שנה ראשונה פארפאלק, האט זיך ארויסגעצויגן אין זיין בנין, און יעדע נאכט הערט מען ארויס קולות וברקים פון דארט, מ'הערט זעצן און קלאפן, און מ'הערט די פרוי וויינען זייער שרעקעדיג ווי א קליין קינד. פון אינדרויסן זעען זיי ווי א נארמאלע פארפאלק, אבער ס'זעט אויס אז ס'טויג נישט דער מצב דארט.


יענער איז געגאנגען דאס דערציילן פאר'ן דיין פון דעם אינגערמאן, וואס איז געגאנגען רעדן צום דעם חתן מדריך פונעם אינגערמאן, אבער עס איז צוריק געקומען אז דער אינגערמאן זאגט אז אלעס איז פיין.


דארף מען נאך עפעס טון דערצו? אדער זאל מען עס לאזן לויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי דארפסטו טון, וואס איז בכלל דיין שאלה?


נעם א זעקל ספרים און קונטרסים פון עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און גיי דערמיט אין די הייזער ראטעווען אידישע קינדער; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הפצה איז און וואס מען ראטעוועט אלץ מיט הפצה, וויפיל אידישע שטובער גייען חרוב ונחרב פון דעם וואס אינגעלייט האבן נישט קיין שכל ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א ווייב, און מיט א קונטרס קען מען זיי פשוט אפראטעווען.


אז עס איז דיר אונטער געקומען צו הערן פון דער נאנט ווי אזוי עס זעט אויס שטילערהייט אין הייזער צווישן מאן און ווייב וכו', איז דאס ווייל פון הימל וויל מען דו זאלסט גיין "הפצה"; דו זאלסט גיין טיילן ספרים, קונטרסים און סידי'ס פון הייליגן רבי'ן, ראטעווען אידישע שטובער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן וואונדערליכע ספרים אויף שלום בית וואס איז שוין דא היינט אויף אפאר שפראכן. אין לשון הקודש איז דא: "אוצר שלום בית", אין אידיש איז דא עטליכע שיינע ספרים: "מכבד זיין די ווייב"; "מכבד זיין דעם מאן"; "שלום אין שטוב"; "זיך גט'ן איז נישט די עצה"; אזוי אויך איז דא אין ענגליש עטליכע ספרים. זאלסטו נעמען די קונטרסים און גיין ביי די הייזער וועסטו ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.


אויך זאלסטו נעמען דעם ספר אשר בנחל, די בריוון פון מוהרא"ש וואס איז מחזק און מעודד יעדן איינעם. ווי צעבראכן מען זאל נאר נישט זיין ווערט מען געשטארקט דורך די בריוון; אויך איז דא אין די בריוון א וועג ווי אזוי צו לעבן אין שטוב אן קיין חומרות און פרישות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אויף די וואס לערנען חומרות און פרישות פאר חתנים, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין, זיי זענען גורם מען זאל זיך קריגן אין שטוב און רוב גיטין קומען פון דעם וואס מען איז מדריך מיט פאלשע לימודים, זיי האבן א תאוה צו זאגן חומרות פאר א צווייטן וכו'; דער רבי זאגט אויף דעם זייער שארף (ספר המידות, אות הוראה, סימן ה): "מִי שֶׁמַּחְמִיר לַאֲחֵרִים וּמֵקֵל לְעַצְמוֹ", ווער עס לערנט פאר א צווייטן חומרות ווען ער אליינס איז ווייט פון דעם אלעם, "עַל-יְדֵי-זֶה אֵינוֹ זוֹכֶה לִרְאוֹת בִּיפִי הַמֶּלֶךְ", וועט ער נישט זוכה זיין צו זען ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, ח): "אַל תְּהֵא אוֹמֵר עַל מַה שֶׁלֹא שָׁמַעְתָּ, שָׁמָעְתִּי, וְלֹא תְהֵא אוֹסֵר לַאֲחֵרִים וּמַתִּיר לְעַצְמוֹ, אֶלָּא יִהְיוּ יוֹצְאִין מִפִּיךָ נֶאֱמָנִין כְּשֵׁם שֶׁיָּצְאוּ מִפִּי משֶׁה, וַאֲנִי מַרְאֶה לְךָ יֹפִי פָּנִים אֶל פָּנִים", עיין שם; וויפיל אינגעלייט פאלן נעבעך אראפ אין הארבע עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די פאלשע חתנים און כלה טיטשערס וואס זיי פארקויפן זייערע אייגענע פארקרומטע וועגן?! מען דארף זיך זייער היטן פון זיי.


אין זכות פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע וועלן מיר זוכה זיין אז משיח וועט אונז אויסלייזן פון גלות און אונז פירן קיין ארץ ישראל.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#262 - קענט איר מיר מחזק זיין אויף הלכות הרחקות?
שלום בית, הלכה, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און די שיינע דרשות, פאר אלע עצות אין לעבן, איך מיט מיין ווייב זענען זיך מורא'דיג מחיה דערמיט.


איך שעם זיך צו פרעגן, אבער מיר דארפן התחזקות זיך צו האלטן שטארק מיט די הלכות הרחקות. מיר בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך האלטן שטארק אין ביישטיין די נסיונות, אבער ס'איז אונז זייער שווער.


מיר ווילן זיין ערליך, און מיר ווילן האבן ערליכע קינדער, אבער מיר דארפן התחזקות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איר זענט מזלזל אין די הלכות ווייל איר ווייסט נישט דאס הארבקייט פון נישט היטן די הלכות און דער עונש וואס מען באקומט אויב מען היט נישט הלכות הרחקות.


אליהו הנביא האט דערציילט (שבת יג): עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג, און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי האט געהיטן אויף אלע הלכות הרחקות, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף הרחקות; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב", זעט מען פון דעם אויב מען היט נישט די הרחקות באקומט מען א עונש אז מען שטארבט יונגערהייט.


מאך זיך א שיעור צו איבער חזר'ן די הלכות הרחקות; מוהרא"ש פלעגט כסדר מעורר זיין די אינגעלייט זיי זאלן לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל, היות דער הייליגער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; פלעגט מוהרא"ש זאגן: "אז דער הייליגער צדיק, וואס איז געווען מובדל ומופרש פון די וועלט, ווי מען האט אים גערופן 'דער שרף פון סטרעליסק' האט איבער גע'חזר'ט טויזנט מאל הלכות טהרה, וואס זאלן מיר זאגן?"


אז מען היט אפ די הלכות האט מען נחת פון די קינדער, ווידער אויב מען שפילט זיך ארום מיט די הלכות, מען איז מזלזל אין דעם, באקומט מען א שטראף אז די קינדער ווערן געבוירן נישט געזונט חס ושלום, מען מוטשעט זיך נאכדעם א גאנץ לעבן. זאלט איר פון יעצט אנהייבן היטן די הלכות, מדקדק זיין אויף יעדע סעיף אין שלחן ערוך אויף יעדע הרחקה, וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#261 - מעג א פרוי זיך שיין אהערשטעלן פאר'ן מאן אינדערהיים?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך נסיונות, מיין ווייב איז נישט אזוי שיין, און איך בעט איר אלץ אז ווען איך קום אהיים זאל זי זיך שיין אהערשטעלן פאר מיר, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן. איך מיין אבער אז דאס וועט מיר העלפן אז איך זאל נישט האבן קיין נסיונות אויפ'ן גאס. וואס איז די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע וועג אין דעם ענין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן דיר און דיין ווייב וועט זיך אלעס טוישן, בעט דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל האבן חן אין דיינע אויגן וועט זי באקומען חן אין דיינע אויגן.


אויף אלעס דארף מען בעטן דעם אייבערשטן; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז די ווייב זאל זיין שיין, אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:): דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר, זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער; זעט מען פון דעם אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן מאן און ווייב, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן די ווייב זאל האבן חן, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.


א פרוי מעג זיך שיין מאכן פאר'ן מאן; נישט נאר זי מעג, נאר עס איז א מצוה פאר איר, ווייל מיט דעם היט זי אפ איר מאן פון עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כג:) די חכמים האבן געזען ווי די ווייב פון אבא חלקיה - אן אייניקל פון חוני המעגל - גייט אנגעטון מיט שיינע צירונגען אויפ'ן גאס, האבן זיי אים געפרעגט: "פארוואס גייט דיין ווייב אנגעטון מיט צירונגען אויפ'ן גאס?" האט ער זיי געענטפערט: "כְּדֵי שֶׁלֹּא אֶתֵּן עֵינַי בְּאִשָּׁה אַחֶרֶת", זי היט מיר אפ איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע פרויען, זעט מען פון דעם אז א פרוי דארף זיך שיין מאכן פאר'ן מאן.


געב אכטונג צו רעדן שיין צו דיין ווייב; רעד צו איר מיט דרך ארץ וועט זי טון דיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#260 - ווי אזוי וועט מען מיר אנקוקן נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב. איך בין שוין געווען איינמאל גע'גט און איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, און מיר האבן געהאט צוויי קינדער צוזאמען. למעשה האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין זייער שלעכט אין די לעצטע צוויי יאר, די קינדער וואס מיין ווייב האט מיטגעברענגט האבן מיר ממש דערביטערט דאס לעבן, און זי איז נאר געשטאנען מיט זיי אקעגן מיר, איך בין נישט אנערקענט געווארן אלס טאטע אין שטוב, נאר אלס איינער וואס דארף ברענגען געלט. און דערפאר האבן מיר זיך יעצט צעטיילט, און מיר גייען זיך גט'ן בקרוב.


מענטשן קוקן מיר אן ווי א לא יוצלח, ער גייט זיך שוין גט'ן צום צווייטן מאל, און איך ווייס אבער אז איך בין נישט אזוי שלעכט, כאטש קיינער איז נישט קיין מושלם, שפיר איך אז איך בין פשוט אריינגעפאלן צוויי מאל.


און יעצט טראכט איך ווי אזוי איך וועל קענען איבערגיין די שווערע תקופה, די צוויי קינדער זענען ביי מיר, און ווער מיר וועלן יעצט נעמען נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל, און נאך מיט צוויי קינדער? איך וויל אזוי שטארק האבן א נארמאלע לעבן, אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ליבשאפט און שמחה, און אויב וועט זיין שוועריקייטן זאלן מיר עס דורכגיין צוזאמען בשלום.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם מענטש און מען ווייסט נישט קיין פרטים וכו'; בפרט ווען דו האלסט נאך פאר'ן גט, איז מיר זייער שווער צו ענטפערן ווייל "זיך גט'ן איז נישט די עצה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו. איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן, דער מנורה, דער ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


די נקודה איז נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דיר אן און וואס מענטשן וועלן זאגן; וואס הארט דיר וואס מענטשן וועלן זאגן? דו דארפסט טראכטן מער פון די קינדער ווי טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, גיי ארויס אביסל שפאצירן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טון; זאג אים דיין ווייטאג, בעט אים: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', אייבערשטער געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן וואס צו טון", אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די עצה פון התבודדות איז זיכער א גוטע עצה, מען זאל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי אים געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה", ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט זוכה זיין צו וויסן וואס דו האסט צו טון.

#259 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א רואיגקייט?
שידוכים, שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ניגונים, און חיזוק, וואס איז מיר אזוי שיין מדריך אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.


איך בין ב"ה א חתן געווארן, די חתונה איז אין עטליכע חדשים, אבער ווי נענטער עס ווערט צו די חתונה ווער איז מער נערוועז און דערשראקן, אפשר איז דאס נישט מיין ריכטיגע שידוך? אפשר וועל איך זיך נישט אויסקומען מיט איר? די כלה איז נישט אזוי שיין, ווי אזוי וועט זי מיר העלפן זיך היטן די אויגן? און אזוי ווייטער בין איך פול מיט בלבולים און פחדים. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך זאל קענען צוגיין צו די חופה פרייליכערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטארפן דיין שידוך און דו ביסט שוין גרייט צום חופה גיין; לאז דאפ די נארישע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'אויב דאס איז טאקע דיין באשערטע', דאס איז אלעס עצת היצר הרע וואס פארגינט נישט אז דו גייסט זוכה זיין צו ווערן אן אדם השלם, דו גייסט אנהייבן לעבן בקדושה ובטהרה.


בנוגע דיין פחד אויב דו וועסט קענען לעבן מיט איר בשלום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו וועסט זיין א וותרן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וועסטו האבן שלום בית, נעם זיך פאר קיינמאל נישט זוכן אויסצופירן וועט דיר גוט זיין. עס איז נישט געפערליך ווען די ווייב איז גערעכט, מען ווערט נישט קלענער ווען זי איז גערעכט.


אויך זאלסטו זיין א געביגער; זאלסט נישט זיין א קמצן, סיי מיט געלט און סיי מיט גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג געבן געלט און איר באגיסן מיט גוטע ווערטער.


בנוגע שמירת עיניים וכו'; נאך די חתונה דארף מען ווייטער ארבעטן אויף שמירת עיניים. עס מיינט נישט צו זאגן אז איינמאל מען האט חתונה האט מען מער נישט קיין נסיונות, מען האט ווייטער די זעלבע נסיונות נאך די חתונה, נאר עס איז גרינגער זיך צו שטארקן מיט א ווייב, אבער מען דארף זיך ווייטער היטן די מחשבה און די אויגן. מען דארף ווייטער שרייען צום אייבערשטן: "'הַעֲבֵר עֵינַי מֵרְאוֹת שָׁוְא', היט מיר אייבערשטער איך זאל האבן ריינע אויגן, איך זאל נישט פארשווארצט ווערן בזה ובבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט לעבן.

#258 - וואס קען איך טון מיין ווייב זאל נישט שרייען אויף מיר?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב שרייט אסאך מאל אויף מיר, איך ווייס נישט פארוואס. איך קויף איר אסאך מתנות, אבער גארנישט העלפט מיר, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז) אז מיט די כוונת פון אלול קען מען איבער דרייען די ווייב זי זאל זיך נישט קריגן מיט'ן מאן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, די כוונת פון אלול איז "לִידֹם וְלִשְׁתֹּק", נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען פארשעמט; ווען א מענטש שווייגט און ענטפערט נישט ווען מען איז אים מבזה, וועט ער זוכה זיין אז זיין ווייב וועט זיך אינגאנצן איבערדרייען און וועט זיין א העלפער פאר'ן מאן, בתנאי אז דער מאן וועט זיך דערהאלטן; נישט ווערן צעבראכן און נישט ענטפערן אויף די בזיונות וואס ער ליידט פון איר, נאר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, ער זאל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען בפגם הברית וואס דאס מאכט איר זי זאל זיך קריגן מיט אים.


מתנות איז זייער גוט צו געבן אבער נישט דאס איז די עצה, נעם די עצה פון רבי'ן וואס "עצתו - אמונה"; אנטלויף צום אייבערשטן, שמועס מיט אים און דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, און וואס מער עס איז דיר ביטער זאלסטו אלץ מער זיך צוען צום אייבערשטן. שווייג אפ אויף דיינע בזיונות וכו', וועסטו זען גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר, אלעס אלעס וועט זיך איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - ענדערש העלפן אין שטוב, אדער ענדערש לויפן צו אן הצלה רוף?
שלום בית, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז מ'זאל ענדערש זיין אינדערהיים און העלפן די ווייב, ווי איידער ארויסצוגיין העלפן חברים, פון די אנדערע זייט זאגט איך דער ראש ישיבה שליט"א אז משיח וועט קומען אין זכות פון העלפן אנדערע מענטשן, א שטייגער ווי די ארגאניזאציעס "הצלה", "שומרים", "חברים", און דאס גלייכן.


איך בין אן הצלה מאן, און איך דארף אסאך מאל ארויסלויפן פון שטוב צו גיין העלפן און ראטעווען אידן, ווי אזוי ווייס איך ווען איך דארף יא גיין, און ווען איך דארף ענדערש בלייבן העלפן אינדערהיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק מיט דעם וואס דו ראטעוועסט אידישע קינדער; דו ביסט אן הצלה מאן און דו געבסט זיך אוועק צו ראטעווען אידישע קינדער.


אבער אין די זעלבע צייט דארפסטו געדענקען אז מען דארף אויך העלפן די אייגענע ווייב און קינדער; מען קען נישט אוועק לויפן פון שטוב ווען די ווייב איז אנגעוויזן אויפ'ן מאן מיט'ן אויסרייד: "העלפן אנדערע". אין די זעלבע צייט פון גיין העלפן אנדערע האט מען די מצוה פון העלפן די אייגענע ווייב און קינדער.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווען יא צו גיין און ווען נישט צו גיין; ווען מען רופט דיר צו ראטעווען א צווייטן, ווי למשל איינער האט גע'חלש'ט, איינער אטעמט נישט - דעמאלט דארף מען לויפן וואס שנעלער און מען טאר זיך נישט פארזוימען קיין רגע, אבער ווען מען רופט דיר אז איינער האט זיך צעשניטן, צעבראכן א ביין וכו', וכו', דעמאלט ווענדט זיך די מצב אין שטוב; אויב דיין ווייב איז אנגעוויזן אויף דיר דארפסטו ענדערש בלייבן אין שטוב און לאזן די מצוה פאר א צווייטן.


נעם די עצה פון התבודדות; שמועס אסאך מיט'ן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, סיי די גוטע זאכן און סיי די שוועריקייטן. ווען א מענטש איז זיך מתבודד ווערט אים זיין מח קלאר, ער ווייסט וואס ער האט צו טון ביי יעדע פאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#256 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז זייער פרום?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב איז זייער פרום, איך וויל וויסן וואס איך קען טון דערצו, ווייל איך האב שווערע נסיונות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ביי וועם מען נעמט הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן נאך די חתונה וכו'; זייער אסאך אינגעלייט און ווייבלעך מוטשען זיך נאך די חתונה וכו' נאכדעם וואס מען האט מיט זיי געלערנט חומרות און פרישות; דאס מאכט מען זאל זיך נישט פארשטיין און מען פאלט נאכדעם דורך אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די מדריכים און מדריכות וואס לערנען מיט חתנים און כלות פרישות מיט חומרות, אדער די וואס לערנען אויס הנהגות פון צדיקים שרפי מעלה פאר פשוטי עם - חתנים און כלות פשוט'ע מענטשן; מען דערשרעקט זיי מיט שרעקעדיגע עונשים: קראנקע קינדער, שטומע קינדער, בלינדע קינדער וכו' וכו' השם ישמרינו, דאס איז נישט אמת און איז אנקעגן די הלכה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:) אז מען פסק'נט נישט אזוי ווי די אלע עונשים, נאר מען פסק'נט אז מען וועט האבן געזונטע קינדער וכו'.


עס רייסט דאס הארץ ווען מען זעט אינגעלייט און ווייבלעך פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, אלץ נאר ווייל מען האט זיי מדריך געווען מיט קרומע דיעות באיצטלותא דרבנן; פארפוילטע שיטות פון פארקרומטע מוחות וואס זעט אויס מיט א לשון פון אן עובד השם השם ישמרינו; ווען מען זאל זיי לערנען די הייליגע וועג פון די תורה וואלטן זיי נישט אראפגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


קוק נישט אראפ דיין ווייב תחי', זי איז נישט שולדיג; זי וויל טון וואס דער אייבערשטער הייסט, זי וויל טון דעם רצון השם. זי מיינט אז וואס די כלה טיטשער האט איר איינגערעדט דאס איז רצון השם, בעט איך דיר זאלסט איר נישט אראפרייסן; מאך נישט חוזק פון איר, ווייל זי ווייסט נישט וואס איז הלכה און וואס איז חומרות ופרישות, קוק אויף איר מיט שעצונג אז זי איז פעלזן פעסט מיט אידישקייט.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אריבער גיין מיט דיין ווייב צו אן ערליכער איד וואס פירט זיך על פי תורה און איז מדריך זיינע מענטשן על פי די הייליגע תורה, ער וועט ענק מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אן קיין חומרות און פרישות; ער וועט איר מסביר זיין ווי אזוי מען לעבט א אידישע לעבן, ווען זי וועט עס הערן פון אים וועט זי אפלאזן אלע חומרות און פרישות, וועט איר האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#255 - מיין מאן איז נאר פארנומען מיט מאוויס, זאל איך אים אפלאזן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך מוז זיך זייער באדאנקען אויף די שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק אנצוגיין אין לעבן טאג טעגליך.


איך האב חתונה געהאט פאר צוויי יאר צוריק, און מיין מאן האלט אין איין פאלן מער און מער, ער זיצט ביינאכט אויף זיין סמארטפאון און קוקט מאוויס, אינדערפרי שטייט ער אויף שפעט, ער גייט נישט דאווענען און ער לערנט נישט, און איך זע נישט וואו זיין אידישקייט איז, עס גייט אים גארנישט אן, און דאס טוט מיר זייער וויי.


לעצטנס שפיר איך זייער דערווייטערט פון אים, איך עקל זיך פשוט פון אים. איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל אים צו זאגן ווי שטארק איך שעץ ווען ער דאווענט און לערנט, און איך זאג אים אויך ער זאל לייגן א פילטער אויף זיין טעלעפאן, אבער עס העלפט גארנישט.


איך זאג אסאך תהלים פאר אים, איך שפיר אבער אז איך פלאץ שוין און איך וויל אים שוין אפלאזן, וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז מיר זייער שווער צו ענטפערן אייער שאלה; איך בין נישט דא צו צעברעכן אידישע שטובער, איך בין גרייט צו העלפן אויפשטעלן אידישע שטובער.


עס איז א גרויס רחמנות אויף דעם וואס פאלט אריין אין די בלאטע פון קוקן מאווי"ס; ווען מען קוקט מאוויס ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם, ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון. אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדען (עדיקטעד) צו דראגס, אלקאהאל וכו'; מען קען זיך נישט אפרייסן דערפון, דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן און נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן.


איר האט איין עצה: בעטן דעם אייבערשטן; בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין אים, ער זאל זיך אויפוועקן פון דעם (ישעיהו נא, כא): "שְׁכֻרַת וְלֹא מִיָּיִן", וועט איר זען ווי ער וועט ווערן אן ערליכע איד. תפילה איז אזוי שטארק, אזוי גרויס און אזוי וואונדערליך, עס העלפט אויף אלעס, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות, אסאך געדולד אויס צו ווארטן ביז די ישועה קומט.


איך ווייס אסאך מעשיות פון ברסלב'ע פרויען אין אונזער דור, וואס האבן געהאט סבלנות צו זייערע מענער. זיי האבן געהאט די זעלבע צרה וואס איר האט און נאך מער, אבער זיי האבן ווייטער מכבד געווען דעם מאן און געוויזן ליבשאפט וכו', און שטילערהייט האבן זיי אסאך געוויינט צום אייבערשטן פאר א לאנגע צייט; ווען דער מאן פלעגט ארויסגיין פון שטוב פלעגן זיי קייכן אויפ'ן קול צום אייבערשטן פאר לאנגע חדשים און יארן, און ווען דער מאן איז אהיים געקומען האבן זיי זיך אפגעוואשן דעם פנים און געמאכט שיין כאילו לא הי', זיי האבן נישט געוואלט צעברעכן זייער שטוב, און ביים סוף האבן זיי אויסגעפירט, זיי האבן איבערגעדרייט זייער מאן צו א גרויסער ערליכע איד און אויפגעשטעלט הערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח זיך צו דערהאלטן און האבן שכל ווי אזוי אים איבער צו דרייען.

#254 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די ווייב?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס איינער פרעגט אן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון אז זיין ווייב שרייט כסדר אויף די קינדער, און איך האב זיך ממש געשפירט אין די שאלה, אבער דער ענטפער האט מיר נערוועז געמאכט, דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט יענעם ער זאל געבן פאר זיין ווייב די קונטרסים אויף חינוך הילדים, איך בין אבער אין א מצב אז איך קען נישט געבן פאר מיין ווייב קיין ברסלב'ע ספרים, זי וועט קיינמאל נישט ליינען עפעס וואס זי איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט, און נאכדערצו ווען דאס איז א זאך וואס פארלאנגט פון איר עפעס צו פאררעכטן.


איך שפיר אז איך קען נישט האבן קיין שלום בית, ווייל זי טוט אזויפיל וויי מיינע קינדער און אויך מיר. איך הער אז מ'דארף זיין א גוטע מאן צו די ווייב, איך שפיר אבער אז ביי מיר איז דאס נישט מעגליך, ווייל זי וויל נאר זיין מיין בעל הבית, זי וויל אלעמאל ווייסן וואס איך טו און מיט וועמען איך רעד, און דאס איז אויסער מיינע אייגענע נסיונות מיט וואס איך מוטשע זיך שוין פון אלס בחור.


איך בין א צעקלאפטער און טרויעריגער, און צו אלע צרות האב איך נאך חתונה געהאט מיט א צעריקטע ווייב וואס גייט מיר אויף די נערווען, איך שפיר אז דאס לעבן איז מיר נישט ווערד, איך האב נישט קיין כח און אינטערעסע צו טראגן די אחריות פון א שטוב ווי לאנג איך לעב מיט אזא סארט ווייב.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אינעם ספר: "אוצר שלום בית", און אין די אידישע ספרים: "מכבד זיין די ווייב", "שלום אין שטוב", "ס'איז גוט"; אויך זאלסטו לערנען דעם ספר: "למה להתגרש" - (אין אידיש: "זיך גט'ן איז נישט די עצה"). דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען לעבט מיט א ווייב, דאס גרויסקייט פון העלפן די ווייב און דאס וויכטיגקייט פון קוקן מיט א גוט אויג אויף איר און רעדן צי איר שיין.


וויסן זאלסטו אז דיינע צרות זענען צוליב דיינע עבירות, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה – ער טראכט שלעכטע זאכן, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער; ווען א מענטש איז פוגם בדיבור - ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה - ער זינדיגט און טוט עבירות, ליידט ער נאכדעם פון מענטשן"; אנשטאט דו זאלסט ווארפן דעם שולד אויף איר און טראכטן אז זי איז די פראבלעם זאלסטו ענדערש תשובה טון, זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיט'ן אייבערשטן וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, האט רב געפרעגט פון רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#253 - ווען דארף מען לייגן שלאפן די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ב"ה צוויי קינדערלעך, מיין ווייב וויל זיי לייגן שלאפן זיבן אזייגער פארנאכטס, און איך האלט אז זיי קענען נאך זיין אויף פאר נאך א שעה. למעשה ווען זי לייגט זיי שלאפן פרי שלאפן זיי נישט איין גלייך, זיי הויבן אן פארפירן, און מיין ווייב ווערט נערוועז און הויבט אן שרייען אויף זיי, און צום סוף שלאפן זיין איין יעדע נאכט מיט געוויינערייען און שרייערייען. וואס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן מיט זיי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער דארפן האבן א שטרענגע סדר, בפרט גאר קליינע קינדער - זיי דארפן האבן א סדר צו גיין שלאפן פרי. פארשטייט זיך אז די קינדער פון זייער זייט ווילן נישט גיין שלאפן, ווייל דאס איז די נאטור ביי אלע קינדער, זיי ווילן שפרינגען, טאנצן וכו'; דארפן די עלטערן זיין זייער שטארק און שטרענג אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי אין צייט. ווען די קינדער זעען ווי טאטע מאמע ווייסן וואס זיי ווילן, ביי זיי איז א ווארט א ווארט, הייבן זיי אן פאלגן אן קיין וויינען און אן קיין פארפירן.


מיש זיך נישט אריין אין די שטוב ווירטשאפט, לאז דיין ווייב פירן די שטוב; דו זאלסט איר נאר זען צו העלפן, זיי איר מחזק און מאך איר פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעְלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו מגדל זיין שיינע דורות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): אז מען מאכט פרייליך די ווייב, מען לעבט בשלום - איז מען זוכה צו קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען האט זיך פיינט זאגט דער רבי (שם, סימן נו) פארלירט מען לא עלינו די קינדער.


לייג שלאפן דיינע קינדער פרי וועסטו קענען גיין שלאפן מיט דיין ווייב פרי. שטיי אויף פארטאגס און זינג קאפיטלעך תהילים וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", אז מען זינגט צום אייבערשטן שירות ותשבחות פארטאגס איז דאס מסוגל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#252 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז נישט מסכים צו מיין באשלוס אויפצוהערן קוקן מאוויס?
שלום בית, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר די שיעורים, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, איך האב אנגעהויבן לערנען תורה, איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, און נאך אסאך שיעורים, ווען איך האב איבריג צייט עפן איך א ספר.


איך פלעג קוקן מאוויס מיט מיין ווייב ביינאכט, און אזוי פלעגן מיר פארברענגען די צייט, זייט איך האב אויפהערט צו קוקן מאוויס, איז מיין ווייב ברוגז אז איך פארברענג נישט מיט איר צו קוקן מאוויס, וואס קען איך טון צו מאכן שטערקער דער קשר צווישן אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעהערט קוקן מאוויס; יעצט אז דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו האבן שלום בית. יעצט וועט זיך אויפבויען א קשר צווישן דיר און דיין ווייב, ווייל מאוויס מאכט נישט קיין שום קשר צווישן מאן און ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כו.): "קֶשֶׁר שֶׁל רְשָׁעִים אֵינָהּ קֶשֶׁר", עבירות ברענגט נישט קיין קשר.


פון די אנדערע זייט דארפסטו אכטונג געבן ווי אזוי צו רעדן מיט דיין ווייב אין דעם ענין, ווייל אז דו האסט יעצט מחליט געווען צו זיין ערליך קענסטו נישט ערווארטן אז זי זאל פונקט אין די מינוט ווען דו האסט אלעס אפגעלאזט אויך אלעס אפלאזן; מען קען נישט גיין מיט כח, מיט כח פארלירט מען אלעס, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי ארויס צו נעמען די בת מלך פון די נישט גוטע. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "נאכדעם ווען דער שני למלכות האט שוין געטראפן די בת מלך, ער האט איר שוין געקענט צוריק ברענגען צום קעניג, האט ער זיך פארזוימט", אין דער רבי פירט אויס: "ווייל מען דארף זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויסנעמען".


זיי איר מסביר פארוואס דו האסט אויפגעהערט קוקן מאוויס, געב איר צו פארשטיין וואס א מאן גייט אריבער וכו', נסיונות וכו'; זאג איר: "איך וויל נישט עפענען מיינע אויגן צו די וועלט, איך וויל דיר ליב האבן; אז מיינע אויגן וועלן זיך עפענען צו די וועלט וועל איך פארלירן מיין געפיל צו דיר, איך וויל נישט טראכטן פון אנדערע וכו'". געב איר צו פארשטיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות הרהורים, סימן לט): "כְּשֶׁאִישׁ אוֹ אִשָּׁה חוֹשְׁבִים בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ בְּאֵיזֶה גּוֹי אוֹ בְּגוֹיָה", ווען מאן און ווייב זענען צוזאמען און טראכטן פון א גוי אדער גוי'טע, "וְהַמַּחֲשָׁבָה הִיא בְּאַהֲבָה לְאֵיזֶה גּוֹי אוֹ גּוֹיָה", און בשעת זיי טראכטן פון זיי האבן זיי ליב דעם גוי וכו', "אֲזַי הַוָּלָד הַנּוֹלָד מִזֶּה הַתַּשְׁמִישׁ נִשְׁתַּמֵּד", וועלן די קינדער וואס ווערן געבוירן זיך שמד'ן, זיי וועלן אפלאזן אידישקייט; דאס איז געזאגט געווארן אויף קוקן ביינאכט - מאן און ווייב צוזאמען - מאוויס וכו' וכו', מען זעט די שפילערס און מען האט א געפיל צו זיי וכו', נאכדעם פאלן די קינדער אוועק פון אידישקייט השם ישמרינו.


זיי איר מסביר פארוואס דו קוקסט נישט מער קיין מאוויס, ווייל יעדע מאווי האט אין זיך אלע עבירות; נישט דא קיין מאווי וואס זאל נישט האבן אין זיך די דריי הארבע עבירות ווואס מיר אידן דארפן זיך לאזן הרג'נען דערויף: "עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים". אז דו וועסט איר דאס שיינערהייט מסביר זיין וועט זי אויך אויפהערן קוקן מאוויס, און אויב עס וועט איר זיין שווער אין אנהייב דאס אפצולאזן, וועט זי דיר כאטש ארויפקוקן און זי וועט זיין צופרידן אז דו קוקסט נישט.


א שאד אז מען רעדט נישט צו די בחורים און מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג, פאר זיי פאלן אריין אין דעם, אז זיי זאלן זיך נישט צוגעוואוינען צו קוקן קיין שום גוי'שע מאוויס; דאס הרג'ט דאס לעבן פונעם מענטש און נעמט ארויס יעדע פינטעלע יראת שמים, עס נעמט אוועק די רוחניות און גשמיות פונעם מענטש; א רחמנות אויף אינגעלייט און ווייבלעך וואס הערן זיך צו צו חברים און חבר'טעס וואס געבן זיי די פאלשע הדרכה אז מען זאל קוקן צוזאמען ביינאכט מאוויס כאילו דאס וועט אויפבויען א קשר, נאכדעם קען מען נישט לעבן א נארמאלע לעבן; די קאפ, מח און הארץ איז נישט צווישן מאן און ווייב, עס איז ווייט ווייט רחמנא לצלן.


זיי שטארק ווייטער נישט צו קוקן מער קיין מאוויס, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו נישט ווערן א נאר און א שוטה חס ושלום אראפצוקוקן דיין ווייב כאילו זי איז א שיקסע מיט דעם וואס זי קוקט ווייטער; זאלסט איר פארשטיין און איר דן זיין לכף זכות, וועט זי מיט דער צייט זיין מיט דיר הונדערט פראצענט.


אז דו וועסט רעדן שיינערהייט מיט איר וועט דיין קשר ווערן א קשר של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#251 - ווי שטארק דארף מען זיך צושטעלן צום מאן?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן קומען ביידע פון זייער פרומע שטיבער, מיין מאן לערנט אין כולל ברוך ה', אבער ווען ער קומט אהיים פארלאנגט ער פון מיר צו גיין אנגעטון אינדערהיים נישט צניעות'דיג, ער זאגט אז אינדערהיים מעג מען.


איך האב עס נישט געזען ביי מיין מאמע און באבע, און איך ווייס נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן, און אויך שעם איך זיך צו גיין אזוי אפילו אינדערהיים, אויב וועט איינע פון די שכנים באמערקן, און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס ער פארלאנגט אזעלכע זאכן, וואס איז געשען מיט אים?


ביטע העלפט מיר ארויס, וואס זאל איך אים זאגן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די פריצות אויפן גאס איז אויסערגעווענליך און די נסיונות זענען זייער גרויס; מען קען זייער שנעל און גרינג דורכפאלן אין עבירות השם ישמרינו. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און זיך אהערשטעלן פאר'ן מאן, זי דארף זען צו זיין שטענדיג גרייט פאר איר מאן אים אפצוהיטן פון שלעכטס, ווייל ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים וכו' וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


וואויל איז פאר די פרויען וואס געבן אכטונג שטענדיג זיך צו האלטן שיין, ריין און צוזאמגענומען צו נושא חן זיין פאר זייערע מענער, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו באקומען זייער אסאך שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אז דער אייבערשטער געבט מער שכר פאר די פרויען ווי פאר די מענער, ווייל די פרויען ווארטן אפ די מענער ווען זיי קומען אהיים און ראטעווען זיי פון עבירות.


אז איר וועט אפווארטן אייער מאן ווען ער קומט אהיים פון כולל מיט א שמייכל אויפ'ן פנים, איר וועט זיין אנגעטון שיין, ריין און צוזאמגענומען, וועט ער זיין צופרידן; ווער רעדט נאך אז איר וועט זיין שטענדיג גרייט פאר אים וכו' וועט ער מער גארנישט פארלאנגען פון אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן די שכר וואס מען איז זוכה ווען מען איז גרייט פאר'ן מאן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:) אז א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן וכו' וועט זוכה זיין צו האבן אזעלכע קינדער צדיקים, וואס איז אפילו נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו; אפגערעדט אז זי וועט האבן א גוטע שלום בית, ווייל ווען איר מאן וועט שפירן אז זי איז גרייט פאר אים וועט ער אויך זיין גרייט שטענדיג פאר איר, צו טון איר ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#250 - זאל איך אפלאזן מיין אלטע חסידות, און קומען קיין ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס האבן מיר ממש געטוישט דאס לעבן, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען משניות, מעביר סדרה זיין, און נאך שיעורים, און אויך האב איך זיך אנגעהויבן באנוצן נאר מיט א כשר'ע טעלעפאן.


מיין פראגע איז אזוי, איך בין א בעל תשובה, איך בין געווארן פרום ווען איך בין געווען זעכצן יאר אלט, איך בין דעמאלט געווען אין קאלעדזש און דארט בין איך מקורב געווארן צו א געוויסע חסידות. איך האב ב"ה זוכה געווען צו טרעפן מיין טייערע אשת חיל פון יענע חסידות, און מיר האבן ב"ה א גוט לעבן.


ווען איך בין געווארן פרום האב איך געהאט פאר זיך צוויי צילן, איינס צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און אים צו דינען, און צווייטנס זיך אומצוקערן צו מיין שורש, צו מיינע אור עלטערן וואס זענען געווען ערליכע אידן אין דער אלטער היים. לעצטנס האב איך אבער אויסגעפונען אז מיין משפחה שטאמט פון די געגנט פון אומאן און טולטשין, און זיי זענען געווען חסידים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, און דאס האט מיר געברענגט א שטארקע בענקעניש צו ברסלב'ע חסידות, איך וויל זיך פארבינדען צום רבי'ן און גיין אין זיינע דרכים, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס זייער שווער פאר מיין ווייב אנצונעמען, וואס זי קומט פון א צווייטע חסידות. בין איך גערעכט אז איך וויל איבערלאזן די פריערדיגע חסידות און גיין קיין ברסלב? און אויב יא, ווי אזוי קען איך בארואיגן מיין ווייב אז דאס זאל איר נישט שטערן?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיין בקשר מיט א ברסלב'ער משפיע, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן?


יישר כח פאר אייער הילף.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אפגעלאזט דיין אלטע וועג און דו האסט זיך אומגעקערט צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


דו דארפסט נישט אפלאזן דיין אלטע חסידות וכו', ווייל ברסלב'ער חסידות איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און אפשטאם; בסך הכל וויל דער רבי אונז ברענגען צו די מדריגה אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה. דער רבי וויל איין זאך פון אונז, מיר זאלן שטענדיג רעדן צום אייבערשטן; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער וואס האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ווייל ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


אז דו ווילסט וויסן וואס איז ברסלב'ער חסידות, זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר מחזק זיין און נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#249 - וואס טו איך אז ס'וועט זיין זייער שווער פאר מיין ווייב ווען איך פאר קיין אומאן?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט צום צווייטן מאל, און איך לעב זייער גוט מיט מיין ווייב ברוך ה', און איך האב זייער שטארק חשק צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער מיין ווייב האט שטארק נישט חשק צו ווערן צוריק איינזאם אויף יום טוב, און זיך דערמאנען צוריק פון אירע אלטע שווערע צייטן.


זי זאגט מיר אז איך קען פארן, אבער עס גייט איר זיין זייער שווער, זי וועט פארלאזן טרערן זייענדיג טראמאטיזירט פון איר פארגאנגענהייט.


וואס קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן צו טון?


יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב לאזט דיר זיין ראש השנה אין אומאן זאלסטו אודאי קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן כדי צו באקומען דעם תיקון. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּראשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


גלייב מיר, עס איז פאר יעדן איינעם שווער; פאר אלע וואס פאלגן דעם רבי'ן און קומען קיין אומאן אויף ראש השנה - איז דאס שווער, סיי פאר די מענער וואס פארן און סיי פאר די פרויען וואס בלייבן אין שטוב מיט די קינדער וכו'. אבער אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", לייגן מיר אוועק אלע באקוועמליכקייטן און מיר פארן קיין אומאן.


איך זאג שטענדיג פאר אלע וואס קומען זיך אפרעדן אויף די ווייב אז זי לאזט נישט קומען קיין אומאן, אז עס האט גארנישט צו טון מיט דיין ווייב, 'אז דו וועסט זיך אויפפירן א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דו וועסט זיין אין שטוב א גאנץ יאר און ארויסהעלפן דיין ווייב זיך צו פארען מיט די קינדער, דו וועסט רעדן שיין צו איר אזוי ווי אן ערליכער איד רעדט צו זיין ווייב, דעמאלט וועט זי דיר נישט שטערן פון פארן צום רבי'ן, אדרבה זי וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט פארן קיין אומאן זיך אויסבעטן א גוט יאר'.


די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש" - דאס זעלבע זאגט מוהרא"ש: - "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז דיין ווייב וועט זען אויף דיר א גאנץ יאר אז דו פירסט זיך אויף ווי א ברסלב'ער חסיד, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און דו לעבסט מיטן אייבערשטן, דאן וועט זי דיר נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#248 - קען איך מיטנעמען מיין ווייב קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין געווען אלס בחור אין אומאן, און אויך אלס חתן, כאטש וואס איך בין נישט קיין ברסלב'ער פאר איך אבער קיין אומאן ווייל איך הער די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און יעצט האב איך שוין חתונה געהאט, איך האלט אינמיטן שנה ראשונה, און איך וויל וויסן אויב איך זאל ווייטער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


מיין ווייב שטעלט זיך נישט קעגן, אבער זי ווילן זייער נישט איך זאל איר איבערלאזן אליין אויף יום טוב, זי זאגט אז אדרבה מיר זאלן פארן אינאיינעם, זי וויל זיך נישט טיילן פון מיר. ס'וועט איר וויי טון אויב איך וועל פארן אליין און איר לאזן אליין ראש השנה.


איך ווייס נישט וואס צו טון, איז שייך אזא זאך אז א פרוי זאל וויילן ראש השנה אין אומאן? אפשר קענען מיר טרעפן א דירה ערגעץ ווייט ארויס פון געגנט ס'זאל נישט זיין קיין פראבלעם פון צניעות?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר קלאר שטעלן, זאל איך איר מיטנעמען אויף ראש השנה? אדער זאל איך בלייבן אינדערהיים אויף יום טוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שייך אז פרויען זאלן זיין אין אומאן ראש השנה, אבער עס וועט איר זיין זייער שווער; זי וועט דארפן זיין איינגעשפארט אין שטוב די גאנצע צייט.


אז דו וועסט איר געבן צו פארשטיין וואס איז דאס "אומאן ראש השנה"; דו וועסט איר מסביר זיין פארוואס מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - וועט זי דיר זיכער לאזן פארן מיט איר גאנצע ווילן און זי וועט זיך פרייען אז דו פארסט קיין אומאן.


ראש השנה איז מען דן יעדן מענטש וואס עס גייט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר; ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערע משפט, נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא, ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פאר א מענטש א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט, אפילו עס קאסט זייער אסאך געלט און מען וועט טון אלעס וואס מען קען צו באקומען דעם לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש. דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה דעם גרויסן יום הדין וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם", מען משפט יעדן איינציגן מענטש צי ער וועט לעבן, און ווי אזוי זיין פרנסה זאל זיין און אלעס וואס וועט זיין מיט אים, דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו נעמען א גוטן לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות. געב איר צו פארשטיין אז דער רבי - ער איז אונזער לויער, ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף די וועלט.


דערפאר פארן מיר קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


נאכאמאל, עס איז שייך אז זי זאל מיט קומען מיט דיר, אבער עס וועט איר זיין שווערער אין אומאן ווען זי וועט זיין אליינס כמעט די גאנצע צייט; רוב טאג איז מען ביים דאווענען, נאכדעם לויפט מען צום ציון, גלייך נאכדעם לויפט מען צו תשליך, נאכדעם איז ווייטער דאווענען וכו' וכו'. זי וועט נישט קענען ארויס גיין פון שטוב און עס וועט איר זיין זייער שווער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#247 - ווי אזוי קענען מיר האבן שלום בית, אפילו ווען די פרנסה טויג נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות, ספעציעל פון די דרשות פאר פרויען וואס געבט מיר אזויפיל חיזוק און הדרכה אין לעבן.


לעצטנס גייט די פרנסה זייער שווער ביי אונז, אסאך מאל ווייסן מיר ממש נישט פון וואו עס וועט קומען א פרוטה, און דאס האט זייער שטארק אויסגעקלאפט אויף אונזער שלום בית. מיין מאן שפירט זיך אזוי דערווייטערט פון מיר, און ס'טויג נישט דער מצב. ווי אזוי קען איך מאכן א גוטע שלום בית ביי אונז אינדערהיים, טראץ די שוועריקייטן אין פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער ארבעט איז איר זאלט אויפבויען אייער מאן; געבט אים גוטע ווערטער און הייבט אויף זיין מוט, אזוי ארום וועט ער האבן כח ווייטער צו זוכן פרנסה, ער איז דאך נישט שולדיג אז עס גייט אים שווער מיט פרנסה.


עס איז די פרוי'ס פליכט אויפצובויען דעם מאן; שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, א שאד אז פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות.


א קלוגע פרוי הייבט אויף איר מאנ'ס מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער; בפרט אין די צייטן ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער ארבעט שווער אהיים צו ברענגען געלט וכו', ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים. די הייליגע חכמים דערציילן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען און עס איז נישט געווען קיין שלום בית, זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, וואס האבן געטון די פרויען - די נשים צדקניות? זיי זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער פאר'ן מאן זיי זאלן זיך קענען רייניגן פון די ארבעט, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש אין זייער קריגל און דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל, און בזכות די מסירות נפש'דיגע פרויען זענען די אידן ארויס פון מצרים; זעט מען די כח פון אידישע פרויען וואס אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים און אין זייער זכות וועט משיח קומען.


אז איר וועט מחזק זיין אייער מאן וועט זיך אלעס איבערדרייען און עס וועט זיין גרויס שפע, ווייל זיין גאנצע פרנסה איז תלוי אין אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה איז בזכות די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.