שאלה אין קורצן ענין
#325 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין ווייב אז קינדער איז א גוטע זאך?
שלום בית, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' א געזונט ליכטיג קינד, ער וואקסט שוין אויף גרויס ברוך ה', אבער מיין ווייב האט נישט קיין חשק צו נאך קינדער, זי האט מורא צו האבן נאך קינדער, ווי אזוי קען איך שטארקן און מחזק זיין אז ס'איז גוט צו האבן נאך קינדער? און אויב וויל זי נישט, דארף איך איר איבערלאזן?


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום ביי די דרשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט א זאך וואס מען קען ענטפערן בכלליות, דאס דארפסטו רעדן אינאיינעם מיט דיין ווייב מיט א גרויסן רב, אן ערליכער רב. עס ווענדט זיך אין איר געזונט, סיי פיזיש און סיי גייסטיש; אמאל איז דער גוף שוואך און אמאל איז די נפש אפגעשוואכט, די מח מחשבה דארף רוען.


מאך פרייליך דיין ווייב און זיי איר מכבד - וועט זי ווערן אויסגעהיילט פון אלע פראבלעמען; דער מאן דארף זיין איר טערעפיסט, דער מאן קען אויסהיילן בעסער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#324 - דעם רבינ'ס חיזוק האט מיר געהאלפן און געראטעוועט
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב, ראש השנה, הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זיץ דא אין א שפיטאל מיט מיין ווייב, און איך שפיר אז איך מוז שוין יעצט נעמען די פענע אין די הענט זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איידער איך שרייב מיינע ווערטער וויל איך קודם ארויסגעבן מיינע רגשי הלב וואס ליגן שוין לאנג ביי מיר אנגעלייגט אויפ'ן הארצן, איך האב שוין עטליכע מאל גענומען די פענע אין מיין האנט און לא אסתייעא מילתא. ערשטנ'ס דאנק איך דעם באשעפער אז איך האב די זכי' זיך צו לערנען אביסל פון רבי'ן, פון די עצות און הנהגות, נעמען די יסודות פאר'ן לעבן און שטייגן אין עבודת השם. ספעציעל וויל איך דאנקען פאר'ן גוטן שליח - דער ראש ישיבה שליט"א, איך לעב פון די שיעורים, מיין לעבן האט באקומען א תכלית, עס האט מיר געטוישט מיין לעבן - ברוחניות ובגשמיות, אין עניני קדושה און אזוי ווייטער אויף די טעגליכע לעבנ'ס שטייגער, תורה, תפילה, שלום בית, תשובה, מעביר סדרה זיין, מקפיד זיין אויף מנין, הכרת הטוב, רעדן שיין און איידל, מידות טובות, א ריכטיגע בליק אויף די קינדער סיי די אייגענע און סיי פרעמדע, עס איז נישטא די פאסיגע ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן און זיין שליח אויף דעם אלעס.


אויך וויל אביסל ארויסגעבן, אין קורצן, א קליין חלק פון מיינע הרגשים פון מיין זיין דעם פארגאנגענעם ראש השנה צום ערשטן מאל אין אומאן. טינט וועלן זיך ענדיגן און בלעטער וועט נישט זיין גענוג צו קענען ארויסגעבן וואס איך האב געשפירט און מיטגעהאלטן אין די קורצע 72 שעות וואס איך בין דארט געווען, אנגעהויבן מיט די אויפנעמען פון די חברים פון היכל הקודש, איך האב קיינעם כמעט נישט געקענט און מען האט מיר אויפגענומען מיט אזא גוטע געפיל, כאילו מען איז שוין חברים יארן לאנג, דערנאך די סליחות ערב ראש השנה, דאס דאווענען ערב ראש השנה, די שיעורים, אזא דערהויבנקייט, שוין אפגערעדט פון די תפילות ראש השנה אליין, די התעוררות און די ווארעמקייט, די נאנטשאפט צום אייבערשטן, אוי! א שאד אז ס'האט זיך געענדיגט, אזא אנגענעמקייט ביי די סעודות ראש השנה, ווער רעדט נאך פון די שיעורים ראש השנה פארנאכט, פערל ווערטער האבן זיך געגאסן עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה, צו האבן די ריכטיגע בליק אין יום טוב און אין לעבן, הלואי הלואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל איבער א יאר.


וואס איז בכלל מעגליך צו שרייבן אויף די פתיחות הלב און הרהורי תשובה וואס איך האב באקומען ביים ציון און ביי די התבודדות שפעטער. א שטארקע חיזוק איז מיר געווען די הכנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר'ן ארויפגיין צום ציון פארטאגס, אז ס'איז גענוג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, ווייל ווען נישט וואלט איך שטארק צובראכן געווארן, און מיט די ווערטער האב איך זיך געקענט שטארקן.


אפשר איז נישט שיין פון מיר אז איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער ס'איז בעסער שפעט ווי קיינמאל, דעריבער וויל איך יעצט אפגעבן א ישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט, אויף אלע שיעורים און בריוון, וואס פון דעם נעם איך א שטיק חיות.


נאך איין נקודה וויל איך צולייגן, אז איך האב א מתנה פון הימל אז מיין ווייב שטייט מיט מיר מיט אלע שמועסן און זי הערט אויך צו די שיעורים, אזוי אז מיר זענען זיך מחזק צוזאמען.


און יעצט צו די נקודה וואס איך וויל שרייבן, היינט נאכמיטאג האט מיין ווייב מיר געקלונגען אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטע פראבלעם און מ'מוז שוין אפלאזן אלעס און אריינפארן אין שפיטאל. יישר כח אייבערשטער אויף די כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעגאסן אין מיר כסדר, וואס א דאנק דעם האב איך זיך נישט פארלוירן, נאר די ערשטע זאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף ביז אהער און געבעטן אויף ווייטער, אודאי האבן מיר געוויינט צום באשעפער אז אלעס זאל זיין כשורה אבער מיר האבן געפילט אז איינער טראגט אונז און מיר זענען נישט אליין. נישט צופיל צייט האט גענומען און נאך א בדיקה האט מען געזען אז ס'איז דערנאך און זי האט פארלוירן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי דארפן טרייסטן מיין ווייב און איך האב נישט געוואסט מיט וואס אנצוהויבן, למעשה האב איך גערעדט מיט איינע פון די געהילפן אין שפיטאל, ווען מיין ווייב איז נאך געווען אין צימער, און איך פרעג איר ווי אזוי מיין ווייב האט עס אנגענומען, ענטפערט זי מיר, "זי איז זייער שטארק, זי האט עס אנגענומען אזוי רואיג", און זי האט צוגעלייגט אז נישטא אסאך אזעלכע וואס זאלן זיין אזוי שטארק.


שפעטער ווען איך טרעף מיין ווייב זאגט זי מיר די ערשטע זאך נאכ'ן דערציילן די נישט גוטע בשורה, "די ערשטע זאך האב איך געזאגט מזמור לתודה". יישר כח אייבערשטער, איך בין גאר געווארן מחוזק, אזא רואיגקייט נאכ'ן זיך פלאגן שווער פאר עטליכע חדשים, און דאס מאל איז עס געווען ספעציעל שווער. מיין מח איז נישט מסוגל צו אויפכאפן די גאנצע הלוך ילך, פון וואו מען האט אזעלכע כוחות הנפש. נאר די כח פון רבי'ן, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה, וואס ברענגט אריין אמונה שמחה און הודאה.


איך מיין אז יעדע ווארט מער איז איבעריג. דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע שוועריקייטן און דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען איבערגעבן די תורת אמת פאר די קומענדיגע דור. איך בעט איבער אויב ס'איז נישט געשריבן קלאר, איך האב עס געשריבן דא אין שפיטאל, אן קיין סאך ישוב הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר דיינע הרגשים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן; מען קען נישט מסביר זיין וואס דאס איז ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען, פון איין זייט - די התעוררות לתשובה, און פון די אנדערע זייט - א שטארקע שמחה.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; ער וועט אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו א שטארקע אמונה. דער רבי געבט א קלארע אמונה, מען שפירט זיך שטענדיג ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס נאר עס זאל זיין גוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


זיי זיך מחזק אינאיינעם מיט דיין ווייב, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#323 - ווי אזוי מאכט מען דער יום טוב זאל זיין פרייליך?
שלום בית, חנוכה, שמחה, עבודת השם, יום טוב, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האלטן שוין היבש נאך חנוכה, אבער איך בין נאכאלץ געבליבן מיט שווערע געפילן פון דעם יום טוב, און די זעלבע סארט פראבלעמען מאכן זיך אויך ביי אנדערע צייטן, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


איך פלעג אמאל אריינלייגן אסאך כוחות אין די חנוכה ליכט, איך האב אליין צוגעגרייט די קנויטן, איך בין געגאנגען אין מקוה פאר'ן צינדען, און נאך, אבער מיט די יארן האב איך עס אויפגעהערט צו טון, איך קויף די ליכט וואס איז גרייט גלייך צום צינדען, אבער יעדעס מאל איך צינד עס אן, שפיר איך ממש ווי א פרייער וואס צינדט אן א לעקטער-מנורה.


נאך די חתונה ביך איך געגאנגען אפאר יאר מיט א שטריימל ביים צינדען, אבער איינמאל האט מיין ווייב מיר געפרעגט פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ווען מיין טאטע גייט נישט, איך האב נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן און דעריבער האב איך אויפגעהערט צו גיין מיט א שטריימל. יעצט ווען מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן האב איך געוואלט צוריק טוישן, אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי מ'טוישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.


אויך ביים זיצן ביי די חנוכה לעכט האב איך פרובירט צו רעדן אביסל צום אייבערשטן, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום געפיל. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מסתמא בין איך זייער א נידריגער מענטש אז איך פיל נישט גארנישט, ווייל אנדערע ערליכע אידן ווערן זייער צופלאמט ביי די חנוכה לעכט.


אויך וועגן שפילן דריידל מיט קוויטלעך אום חנוכה, איז יעדעס יאר דא א גאנצע ויכוח ביי אונז, ווייל ביי מיין טאטע שפילט מען נישט קיין דריידל און נישט קיין קוויטלעך, אבער ביי מיין שווער שפילט מען ביידע. איך האב מורא געהאט דאס צו שפילן, ווייל כ'האב געהערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו שפילן קוויטלעך, אבער מיין ווייב וויל פון גארנישט הערן, אויב איר טאטע האט געשפילט קוויטלעך, איז עס גוט.


דער יום טוב חנוכה וואס דארף צו זיין א ליכטיגע און פרייליכע יום טוב, איז ביי מיר זייער טרויעריג און דערביטערט, איך שפיר יעדעס יאר ווי אנשטאט די לעכטעלעך זאלן שיינען איז עס טונקל פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן חיזוק און הדרכה, ווייל ענליכע פראבלעמען חזר'ן זיך איבער אויך דורכאויס די יאר, נישט נאר אום חנוכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון די מצוה אליינס? אז דו האסט זוכה געווען אנצוצינדן די הייליגע מנורה - דאס איז דאך די גרעסטע שמחה! וואס איז שייך העכער ווי טון די רצון פונעם אייבערשטן?! די אלע זייטיגע זאכן איז אויך חשוב, מען מאכט עס נישט אוועק, אבער מען דארף געדענקען זיך צו פרייען מיט די מצוה אליינס, אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט זוכן די אלע חכמות וואס מאכן מרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


מאך זיך נישט נאריש מיט מאכן אייגענע קנויטן וכדומה; אז דו ווילסט מאכן אייגענע קנויטן - קענסטו מאכן, און אז דו האסט צייט און כח צו גיין אין מקוה - גיי און מקוה, און אז דו האסט נישט קיין צייט, כח און מח פאר די זאכן - זאלסטו נישט זיין ביי זיך צעקלאפט, נאר גיי אנצינדן די מנורה מיט די גרעסטע שמחה.


אזוי זאלסטו טון ביי אלע מצוות, טון די מצוה מיט די גרעסטע שמחה. עס איז נישט גוט צו ווארטן אויף געפילן, די אלע זאכן זענען פון עצבות ומרה שחורה; מענטשן רעדן זיך איין אז אויב מען וויינט ביי א מצוה, מען ווערט גוט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א געלונגענע מצוה, אויב מען זיצט ביי די מנורה בעצבות, מען וויינט - דאס איז א געלונגענע חנוכה, און אויב מען איז פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און מען צינדט די מנורה, מען איז נישט טויט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א שוואכע חנוכה.


אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. עס וועט זיין שלום בית, עס וועט זיין געשמאק אין שטוב. דיין ווייב זוכט נישט דוקא צו שפילן קוויטלעך, זי וויל א פרייליכער מאן, א פרייליכע יום טוב, א פרייליכע צייט אין שטוב. זי זעט דיר אזוי דעפרעסט ביי די ליכט, זאגט זי: "קום שפילן קוויטלעך"; זי בענקט זיך צוריק צו איר טאטן אין שטוב ווען מען איז געווען פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט שמייכלען, דו וועסט טאנצן, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער - וועט זי נישט זוכן צו שפילן דעם שפיל. צדיקים זאגן אז עס ליגט א קליפה אין די שפיל פון קוויטלעך, ביי אונז האט מען דאס נישט געשפילט, אפילו אן געלט.


לייג אוועק אלע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; פריי זיך מיט די מצוה אליינס, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פרייט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#322 - ווי אזוי קען איך העלפן מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך שוין זייער לאנג מיט מיין ווייב, זי טענה'ט אז איך העלף נישט גענוג, אפילו איך טו מער ווי די כוחות איר צו העלפן, און אזוי ווייטער איז נאך פילע זאכן וואס זי הערט נישט אויף זיך אפצורעדן אויף מיר.


לעצטנס האט מיין ווייב זייער שטארק געוואלט גיין צו א טערעפיסט, און דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל גיין מיט איר, יענער האט מיר מסביר געווען אז מיין ווייב קוקט מיך נישט ארויף ווייל איך בין צו א ווייכער און איך פארלאנג קיינמאל נישט פון איר קיין שום זאך, און ווי אזוי זי גייט און וואס זי טוט בין איך אלץ צופרידן, און דאס מאכט אז זי זאל מיך אראפקוקן, ווייל א פרוי דארף א שטארקער מאן.


פאר מיר איז עס געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן, ווייל פארוואס זאל א פרוי אראפקוקן איר מאן נאר ווייל ער איז א גוטער און א ווייכער, און אויב וועל איך שרייען און זיך רעגן אויף יעדע זאך און זיין א שטארקער מחמיר אויף יעדע קליינע חומרא, וועט זי מיך דעמאלט אנהויבן ארויפקוקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון די פותרי חלומות פון פרעה; א שאד די צייט פאר די נארישקייטן, נאר עצות פון צדיקים איז גוט נאך צו גיין.


דאס וואס איך האב דיר געהייסן גיין מיט דיין ווייב וכו' - איז נישט אז דו זאלסט אויסהערן וואס זיי זאגן, זיי האבן נישט וואס צו זאגן, זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן; ווי קענען זיי העלפן א צווייטן? נאר אז די ווייב וויל גיין צו טערעפי - גייט מען למען השלום און מען האט אינזין צו פטר'ן די מרור.


דו פאלג דעם רבינ'ס עצות - וועסטו האבן א גוט לעבן; עצות פון צדיקים איז דער וועג ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז): "הָעֵצוֹת שֶׁל הַצַּדִּיק הֵם כּוּלוֹ זֶרַע אֱמֶת"; מיט די עצות וואלט יעדער מענטש געקענט האבן א חיים טובים, די עצה פון רבי'ן איז פארקערט ווי יענער האט דיר געזאגט; דער רבי זאגט (שם, סימן רב): "צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", מען זאל געבן כבוד פון די ווייב, ווייל פרויען דארפן אסאך כבוד און זיי זענען זייער מקפיד אויף כבוד; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און איר נאר אויפבויען, נאר אויפהייבן - וועט זי מיט דער צייט ווערן שטארק און האבן כח.


די בעסטע טערעפי פאר א פרוי - איז דער מאן, א מאן קען אויפבויען זיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק, און מיט אסאך סבלנות קען מען ארויסנעמען אלע אלטע ווייטאג פון אלס קינד, פון שטוב און פון סקול, מען דארף אויסהערן און לאזן אויסרעדן - אפילו מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


זע צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיי שטארק אין התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#321 - קען מען האבן שלום בית ווען איינער איז א ברסלב'ער און דער צווייטער איז נישט?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שלום, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין לאנג געוואלט באדאנקען אויף די שיעורים, די בריוו, און די גליונות, וואס האבן מיר אזויפיל געהאלפן אין לעבן.


איך בין א בת יחידה, צווישן צוויי ברידער. איך בין שוין 22 יאר אלט, מען האט שוין גערעדט פאר מיר אסאך שידוכים, אבער איך וויל זייער שטארק באקומען א בחור א ירא שמים וואס איז א ברסלב'ער חסיד.


איך קום נישט פון א חסידישע געזעלשאפט, איך בין אבער געווארן צוגעצויגן צו ברסלב דורך א חבר'טע, און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם, אבער זי האט שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק.


מענטשן זאגן מיר איך זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ער בחור, און אפילו נישט דוקא אויף א חסידישער בחור, דער עיקר איז נאר ער זאל נישט זיין קיין מתנגד, און דאן וועט אים שפעטער קענען מקרב זיין צו חסידות און צו ברסלב. איך בין אבער נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי, איז שייך מקרב צו זיין דעם מאן נאך די חתונה? דאס וועט דאך מאכן דאס לעבן, כאטש אין אנהויב, זייער קאמפליצירט.


און דער עיקר וויל איך וויסן אויב די שלום בית וועט נישט זיין שווער אויב ביידע זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? קען מען זיך אויסקומען מיט א מאן אפילו איך בין אזוי שטארק פאר ברסלב, און ער האט גארנישט מיט ברסלב, און אפשר אפילו גארנישט בכלל מיט חסידות?


איך הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין צו מיין ריכטיגע שידוך, איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן בקרוב און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן מיט עצות און הדרכה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן, עס איז נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן טראכטן אייניג, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז יעדער מענטש טראכט אנדערש פונעם צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כא, ב): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפוֹתֵיהֶן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, כָּךְ אֵין דַּעְתָּן שָׁוִין זֶה לָזֶה", יעדער מענטש טראכט אנדערש; דעריבער אפילו איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן, ביידע פון אייך זענען ברסלב'ער - וועט איר נאכאלץ דארפן שווער ארבעטן אויף שלום בית. מיינט נישט אז וויבאלד איר זענט ברסלב און איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן - קומט אטאמאטיש שלום בית; שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען ארבעט זיך אויס די מידות, מען דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו האבן שלום בית, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מתקן זיין די שלעכטע מידות; נאר אזוי האט מען שלום בית.


מען זאגט נאך פון צדיקים, וואו בעט מען ביים דאווענען אויף שלום בית? ביי: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", באשפער העלף מיר איך זאל זיין ביי זיך אזוי ווי ערד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז) א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי ווי ערד, "כְּמוֹ הֶעָפָר שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אזוי ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און דער ערד געבט צוריק נאר גוטס, "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וְזָהָב וְכֶסֶף וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", עסן, טרינקען, זילבער, גאלד און דיימאנטן שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט ארויס פון די ערד, "כְּמוֹ כֵן אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת, כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי אויך דארף א מענטש טון פאר אלע וואס טוען אים שלעכטס - נאר גוטס, אזוי ווי די ערד, דאס בעט מען: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", איך זאל זיין ביי מיר אזוי ווי ערד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית, אז מען איז גרייט צו טון פאר'ן צווייטן נאר גוטס אפילו מען טרעט אויף מיר.


צווייטנס זאלט איר וויסן, שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן די זעלבע, דאס איז נישט שלום. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע מענטשן און ביידע לעבן אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער דער צווייטער מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


איר זאגט אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט ברסלב, וואלט איר שוין געדארפט וויסן וואס איז דאס ברסלב; ברסלב איז שכל, ברסלב איז טראכטן פון אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, זיין פרייליך מיט מצוות, קוקן גוט אויף אנדערע - דאס איז ברסלב, נישט מער און נישט ווייניגער; א ברסלב'ער דארף זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע סארט שידוך: חסידי'ש, ליטוויש, יעקיש, אשכנז'יש און ספרדי'ש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פאר בחורים און מיידלעך א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן, כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", געבט אכטונג פון צייט, מען דארף היטן די צייט, ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דריידט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו', אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


ווארטס נישט אויף א ברסלב'ער, אויף א חסידי'שער.

#320 - ווי אזוי האלט מען ערליך די קינדער, ווען די ארומיגע משפחה זענען אנדערש?
שלום בית, אחדות, חינוך הילדים, קדושה, מאוויס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן ברוך ה' אין א ווארעמע ערליכע חסידישע שטוב, מיינע עלטערן האבן אונז זייער גוט מחנך געווען צו זיין שטאלץ מיט אידישקייט. אבער נאך מיין חתונה האב איך זיך דערזען פאר א נסיון, מיין ווייב איז ברוך ה' זייער ערליך און וואויל, אבער ביי איר משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף זאכן, מ'איז פארנומען מיט אסאך נארישקייטן, אריינגערעכנט מיט סמארטפאונס, סאשעל מידיא, און דאס גלייכן. איך פרוביר אנצוהאלטן מיין חסידישקייט און ערליכקייט, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו זיין ביי מיין שווער אינדערהיים און זיין אנדערש פון יעדן, נישט קענען מיטהאלטן פון וואס זיי רעדן און שמועסן, דאס איז מיר א שווערע נסיון. יעדער זיצט מיט די כלים און מען שיקט זאכן איינער צום צווייטן, און איך שפיר מיך ווי א יון אין די סוכה, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


ספעציעל איז מיר שווער אויב מ'ווייזט דארט א ווידיא פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער ווילן אויך מיטהאלטן, ווי אזוי האלט מען זיך ביי שטארקע גדרים, אן צו גרינגשעצן אין די משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א הייקעלע און וויכטיגע שאלה, ווייל פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף שלום, מען זאל זיך נישט קריגן מיט משפחה און נישט גרינגשעצן אין עלטערן, און פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף זיך מען זאל בלייבן מיט יראת שמים, און אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן מיט יראת שמים.


דער רבי האט אונז דערציילט אזא מעשה וואס דו האסט, מיט א חכם וואס האט נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פארפאלן גיין. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) עס איז אמאל געווען א חכם, און דער קיסר פון די לאנד איז געווען א גרויסער אפיקורס, איז געגאנגען דער חכם, ער האט גערופן די גאנצע משפחה און זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז דער קיסר איז א גרויסער אפיקורס און האט שוין געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, און א טייל פון אונזער משפחה האט ער שוין אויך געמאכט פאר אפיקורסים, בכן לאמיר אוועקגיין אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא", זיי זענען געגאנגען צו א מדבר און דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיי אז קיינער זאל זיי גארנישט קענען שלעכטס טון.


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפסרמון) די רינג איז די הייליגע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ט): "וֶאֱמוּנָתְךָ סְבִיבוֹתֶיךָ"; ווען א מענטש איז ארום גענומען מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון, ווייל די קליפות און מזיקים האבן נאר א שליטה ווען די אמונה איז אפגעשוואכט, דעמאלט האבן זיי א טיר אריין צו קומען צום מענטש, אבער ווער עס איז שטארק מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון.


אויך איז א רינג א סימן פון אחדות, אז מען מאכט א שטארקע רינג, מען לעבט בשלום, מען לעבט מיט ליבשאפט, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן, מען קריגט זיך נישט - דעמאלט האט די שלעכטס נישט קיין שליטה, דעמאלט קען קיינער נישט צעברעכן די שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נצבים, א): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אִם נוֹטֵל אָדָם אֲגֻדָּה שֶׁל קָנִים, שֶׁמָּא יָכֹל לְשָׁבְרָם בְּבַת אַחַת" אז מען מאכט א בינטל פון אסאך שטעקענעס, קען מען דאס נישט צעברעכן, "וְאִלּוּ נוֹטֵל אַחַת אַחַת, אֲפִלּוּ תִּינוֹק מְשַׁבְּרָן", אבער אויב מען נעמט איין שטעקן באזונדער, קען דאס אפילו א קינד צעברעכן.


דאס איז די עצה פאר דיר און פאר אלע עלטערן וואס ווילן היטן די שטוב אז די קינדער זאלן בלייבן ערליך און אפגעהיטן, מען דארף שטארק ארבעטן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, דאס איז דער פונדאמענט פון די שטוב. מענטשן מיינען אז שלום בית איז א שיינע זאך, מען קוקט אויף דעם ווי א היינטיגע זאך, ווי א זאך וואס איז נישט בעצם א יסוד אין לעבן, אבער עס איז נישט אזוי, שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך פאר א איד, מען קען נישט אויפציען קינדער נאר מיט שלום בית; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז דא א שטארקע רינג, טאטע מאמע האבן זיך ליב - וואקסן אויף ערליך און געזונט, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - איז דאס די ערגסטע זאך פאר זיי.


קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע מאמע, מען קען זיך נישט מאכן, מען קען זיי נישט אפנארן, זיי ווייסן דאס נאך בעסער פון די עלטערן אליינס, און דאס איז די שטערקסטע זאך פאר זייער עתיד.


דערפאר, אז דו ווילסט היטן דיינע קינדער - זאלסטו זען צו טון וואס דער חכם האט געטון, מאך א רינג ארום דיין משפחה; זע עס זאל זיין ליבשאפט, פארברענג אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס איז מער פון אלעס. קינדער וואס פארברענגען מיט די עלטערן דארפן נישט קיין ווידיאו"ס, אויך רעד אין שטוב פון אייבערשטן, דערצייל מעשיות פון תפילה, מעשיות פון השגחה פרטיות, שמועס ביי די שבת סעודות פון אייבערשטן - וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס און דו וועסט האבן ערליכע שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#319 - ווי אזוי שטארק מען זיך ווען מ'מוטשעט זיך מיט'ן אנהויבן א ביזנעס?
התחזקות, שלום בית, פרנסה, דאווענען, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


מיין מאן זאל זיין געזונט איז זייער פארנומען מיט א נייע ביזנעס וואס ער האט לעצטנס געעפנט, ער פילט ווי דאס רויבט אים אוועק זיין רוחניות און גשמיות, די צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און אזוי ווייטער נעמט מען דאס צו ממש אלעס אין לעבן. ער האט אזוי חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין די גאנצע זאך, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט צוריקציען, אבער יעצט איז ער שוין שטעקן געבליבן מיט א געשעפט וואס האט קוים אנגעהויבן זיך רירן, און מיט אסאך גרויסע חובות.


די ביזנעס האט א גרויסע מעגליכקייט שטארק מצליח זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער דערווייל גייט עס זייער שווער. מיט וואס קענען מיר זיך מחזק זיין?


ביטע ענטפערט אונז ווי שנעלער ווייל מיר דארפן קריטיש אביסל חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די נייע ביזנעס. אז מען עפנט א ביזנעס מוז עס זיין מיט'ן אייבערשטן, נאר אזוי איז מען מצליח.


אינדערפרי איידער מען גייט אריין אין די ביזנעס דארף מען גיין אין שול דאווענען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין, אזוי אויך זאל ער האבן א צדקה פושקע ביי די ארבעט און אריינלייגן שטענדיג פרוטות און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין הצלחה, אזוי אויך בשעת מען איז פארנומען מיט די ביזנעס - זאל מען זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס זאל מצליח זיין; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


זייט מחזק אייער מאן; מוטיגט אים, שטארקט אים, מאכט אים פרייליך - וועט ער מצליח זיין.


מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פון (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; שמחה ברענגט גרויס עשירות.


פארלירט אייך נישט, וועט איר מצליח זיין.

#318 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין ווייב אז מיר וועלן נאך געהאלפן ווערן מיט קינדער?
התחזקות, שלום בית, צניעות, קינדער, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אן עלטערער בחור, און ברוך ה' איך האב געטראפן א גוטע שידוך און חתונה געהאט, מיין ווייב איז אריבער א שווער לעבן אלס קינד, די משפחה איז געווען צעפאלן, און זי איז געווען זייער פרייליך אז זי האט שוין חתונה, און זי גייט שוין האבן א נארמאלע לעבן און אלעס וועט זיין גוט.


למעשה איז עס נישט ממש געגאנגען אזוי, זי האט געהאט אסאך צער אז זי האט נישט געטראפן א נארמאלע ארבייט, אבער דער עיקר צער איז אז מיר האלטן שוין כמעט צוויי יאר נאך די חתונה, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קינדער. אירע חבר'טעס וואס האבן חתונה געהאט פריער פון איר האבן שוין יא קינדער.


איך פרוביר איר מחזק צו זיין, אבער זי זאגט מיר אז זי האט שוין באקומען גענוג חיזוק אלס מיידל און ס'האט איר נישט צופיל געהאלפן. איך קויף איר מתנות, אבער א שטיק צייט שפעטער וועקט זיך צוריק אויף איר ווייטאג, און איך האב נישט צופיל געלט צו קויפן אזויפיל מתנות. ס'איז איר זייער שווער זיך צו טרעפן מיט משפחה און חבר'טעס ביי שמחות, ווייל זי שעמט זיך אז זי האט נאכנישט קיין קינדער.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אכטונג געבן צו גיין איידל אנגעטון און זיך פירן איידל; זייט אייך מקבל א גוטע קבלה אין צניעות - וועט איר געהאלפן ווערן מיט קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט) אויפ'ן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", ווען די פרוי פירט זיך איידל איז זי זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה, און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, אזוי ווי עס שטייט "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#317 - איך מוטשע זיך מיט מיין ווייב, זאל איך זיך גט'ן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, סבלנות, תפילה והתבודדות, נסיונות, גט, יאוש, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע דרשות פון חיזוק און עצות. בזכות דעם ראש ישיבה האט זיך מיין לעבען אסאך געטוישט.


איך בין א יונגערמאן שוין א שיינע פאר יאר פון דער חתונה, איך האב געוואלט בעטן הדרכה, אבער קודם דארף איך אביסל מסביר זיין מיין מצב; איך בין אויפגעוואקסן אין אן עכטע חסידישע שטוב, מיין טאטע איז גאר א פארמאכטער מענטש, ער איז אריבער גאר אסאך אין לעבן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין אמת'ער קשר מיט אים חוץ פון לערנען, ער האט מיר קיינמאל נישט אויסגעלערנט עניני קדושה, ווי אזוי מ'דארף זיך אפהיטן, און אויך אין אונזער חדר האט מען בשיטה נישט גערעדט פון דעם.


מיך האט שוין פון אלס קליין קינד געצויגן צו שלעכטע זאכן, שוין ביי די ניין יאר האב איך אנגעהויבן זינדיגען מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אן דעם וואס איך זאל האבן אן אנאנג אז מ'טאר דאס נישט טון, איך האב זיך אזוי שטארק צוגעוואוינט צו דעם אז עס איז געווארן א נארמאלע זאך ביי מיר, מיינע געפילן צו אידישקייט איז געווארן שוואכער און איך האב געשפירט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיינע זינד, אבער איך האב דאך דעמאלט נישט געוואוסט וואס מ'טאר נישט טון, איך האב זיך געשעמט צו פרעגן און אזוי בין איך געפאלן מער און מער, איך וויל שוין נישט שמועסן ווען איך בין געוואויר געווארן אז דאס איז אן עבירה, מ'איז חייב אויף דעם מיתה, עס העלפט אויף דעם נישט קיין תשובה, דעמאלט בין איך אזוי געפאלן געווארן ביי מיר, אז איך האב שוין נישט געוואלט בלייבן אידיש, נישט להכעיס חס ושלום נאר פון יאוש.


ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט דער אייבערשטער מיך געראטעוועט און מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה. בערך א יאר דערנאך בין איך א חתן געווארן און איך האב חתונה געהאט עב"ג בשעה טובה ומוצלחת.


אבער גלייך נאך מיין חתונה האט זיך אויפגעשאקלט מיין לעבן. מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון א נארמאלע לעבן אינאיינעם, ווען זי האט געלערנט מיט איר כלה טיטשער האט זי איר שוין געזאגט אז זי וויל נישט חתונה האבן. און דער בראך איז געווען פיל גרעסער אז איך בין געקומען פון פונקט די פארקערטע זייט, איך בין שוין געווען א גוטער בחור, איך האב פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך האב זיך מחזק געווען מיט דעם אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט עס לייכטער ווערן, און דערווייל איז געשען פונקט פארקערט.


די ערשטע פאר יאר האבן מיר פרובירט צו גיין צו פסיכיאלאגן, איך וואלט געקענט קויפן א שיינע פאר קארס מיט די געלט וואס איך האב שוין אויסגעגעבן פאר דעם צוועק. שפעטער האב איך זיך נאכמער אריינגעלייגט אינעם רבינ'ס עצות, איך האב געלערנט און פארשטאנען אז אלע פראבלעמען קומען נאר פון מיינע עבירות, האב איך אפאר יאר געארבעט זייער שטארק אויף קדושה, איך האב אסאך תשובה געטון, אסאך גערעדט צום אייבערשטן, אסאך געלערנט תורה, און געזאגט אסאך תפילות, אבער גארנישט האט זיך געטוישט.


איך מוז צולייגן עטליכע נקודות, קודם כל אז מיר האבן זיך זייער ליב, מיר פארברענגען, שמועסן און לאכן אסאך צוזאמען, נאר ווען עס קומט צו א נארמאלע חתונה געהאטע לעבן פארשטייט זי נישט וואס איך וויל, זי האט ממש נישט קיין שום געברויך פאר דעם, און זי קוקט מיר זייער אראפ פאר דעם. נאך איין נקודה איז וואס אלע פרעגן די ערשטע זאך אויב איינער האט איר געטשעפעט אלס קינד, און דער ענטפער איז בפירוש אז נישט.


אזוי איז אריבער אסאך יארן וואס איך האב זיך באשולדיגט אז איך בין שולדיג אין אלעס וועגן מיין חטאת נעורים, און איך האב אסאך עוסק געווען אין תשובה, און איך האב זיך אריינגעלייגט שטארק אין דעם אז איך זאל גארנישט דארפן פון איר, איך זאל נאר זיין א משפיע, נאר געבן און נישט ווארטן צו באקומען גארנישט אויף צוריק, אבער דערווייל ארבעט עס נישט פאר מיר, און איך פאל א גאנצע צייט דורך אין פגם הברית, איך וויל נישט און איך שריי צום אייבערשטן, איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך פאל א גאנצע צייט אריין אין עבירות.


איך האב שוין אזויפיל מאל געקויפט אן אפענעם סמארטפאון און עס צעבראכן, איך דראפע זיך נאך און נאך, איך שריי צום אייבערשטן אז איך ווייס אז איך בין שולדיג אין אלעס פאר דעם איז זי נישט כרצוני ווי דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ביי כוונת אלול (תורה פ"ז) אבער וואס זאל איך טון? טאקע דערפאר וואס זי וויל נישט, בין איך אומדירעקט מער פוגם, נישט ווייל איך וויל, איז איך בין סטאק! איך זע נישט קיין וועג ארויס! איך ווייס אז זיך גט'ן איז נישט דער דרך אין ברסלב, בפרט ביים ראש ישיבה, ובפרט אז עס איז דא אהבה צווישן אונז.


אזוי וואלגער איך זיך פאר יארן, איך פרוביר אבער עס גייט נישט. איך האלט שוין די לעצטע שטיק צייט ממש על סף היאוש, איך האב פרובירט צו זאגן סליחות פאר ראש השנה, אבער ווען איך קום צום פסוק "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" ווער איך סטאק, האב איך דען אמאל געוואלט זינדיגן?! איך האב נישט געהאט הדרכה אלס קינד, און איך לעב אזויפיל יארן מיט אזא ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער מאכט איך זאל זינדיגן, איך שריי א גאנצע צייט אז איך וויל נישט זינדיגן, איך גיי אין מקוה און איך זאג תיקון הכללי, וואס נאך וויל מען פון מיך? אלעס האט א שיעור!


איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, און איך האב דארט געבעטן נאר איין זאך, אז איך וויל שוין שטארבן! איך וויל שוין נישט זיין מער דא! איך האב שוין גענוג געליטן! איך קען נישט זאגן סליחות, איך בין אזוי מיואש און צובראכן, איך זע נישט קיין שום עתיד פאר מיר, איך האב ערנסטע נסיונות פון דורכפאלן מיט נשג"ז, מיין שכל ארבעט שוין נישט, איך בין זייער פארלוירן און צעבראכן, נאכדעם וואס איך האב שוין אלעס פרובירט.


מיין שאלה אין קורצן איז וואס זאל איך טון, אפשר אין מיין מצב זאל איך זיך יא גט'ן? אבער עס איז שוין דא קינדער.


אנטשולדיגט מיר אויף די לאנגע שאלה, אבער לתועלת השאלה האב איך געמוזט מאריך זיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן די ריכטיגע הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער אין קורצן איז: חס ושלום זיך גט'ן!


יעצט אביסל מער באריכות, דו שרייבסט אז דו האסט געבעטן ביים רבינ'ס ציון אז דו ווילסט שטארבן; איך וויל דיר פרעגן, וואס טראכסטו, ווען מען שטארבט איז גרינגער? דו מיינסט אז נאכן שטארבן איז נישטא קיין דין וחשבון? ערשט דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען, דעמאלט דארף מען אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס מען האט געטון, מען נעמט אפיר אלע מעשים, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט דעמאלט זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "אלעס קען איך אויסטראכטן וויאזוי עס גייט זיין, אויסער דער ברוך הבא אין קבר, ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין דער ערד - דאס קען איך נישט אויסטראכטן וויאזוי עס וועט זיין".


צוריק צום שאלה, זיך גט'ן וועט דיר נישט העלפן; וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב וכו'? אפגערעדט אז דיינע קינדער וועלן דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צעשטערן זייער לעבן, די ערגסטע זאך פאר קינדער איז ווען די עלטערן גט'ן זיך, קינדער פון גע'גט'ע שטובער וואקסן אויף אומזיכער, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין וואס מען קען נישט משיג זיין, און דו אליינס איז א ספק אויב דו וועסט טרעפן א שידוך, און ביז דו וועסט טרעפן א שידוך וועסטו זיין פארוואגלט, דו וועסט זיין נע ונד, און נאכדעם איז ווייטער א ספק ספיקא וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז זאלסט גיין צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב און בעטן פאר איר זי זאל וועלן לעבן כדרך כל הארץ.


תפילה איז אזא שטארקע זאך, עס טוישט די טבע; תפילה איז אזוי שטארק - עס דריידט אלעס איבער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט, אות ה): "תְפִילָּה הוּא בְּחִינַת נִסִּים שֶׁהוּא אֵין דֶּרֶךְ הַטֶּבַע", אז מען בעט דעם אייבערשטן זעט מען ניסים פארקערט פון די טבע, "כִּי לִפְעָמִים הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען זען ניסים דורך תפילה; וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען ביי דיר.


פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות און אויך אסאך חכמה ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; חס ושלום איר נישט מאכן פאר א פראבלעם, נאר איר ארויסנעמען פונעם פראבלעם; אז מען האט די דריי זאכן, מען האט סבלנות, אביסל שכל מיט אסאך תפילה - קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#316 - וואס טו איך אז מיין ווייב און קינדער לאזן מיר אפ?
שלום בית, קינדער, מדות טובות, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין אין די מיטעלע יארן, און איך האב זיך קיינמאל נישט גוט אויסגעקומען מיט מיין ווייב; איך מאך שוין בקרוב חתונה מיין יונגסטע קינד, און מיין ווייב זאגט אז נאך די קינד'ס חתונה איז שוין צייט זיך צו צעטיילן, ווייל ביז יעצט האט זי נישט געוואלט ווייל זי האט נישט געוואלט ס'זאל שאטן פאר שידוכים, אבער יעצט וויל זי זיך שוין צוטיילן.


איך בין זייער צובראכן פון דעם, איך בין שוין נישט יונג, איך האב געהאט זייער א שווערע לעבן, אויך מיינע קינדער קוקן נישט אויף מיר, און איך קען נישט בלייבן איינזאם אליין, איך וועל עס נישט דורכטראגן.


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, האב איך באשלאסן צו שרייבן מיין ווייטאג, אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן עפעס אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף וועם האסטו טענות - אויף דיין ווייב? אויף דיינע קינדער?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדיות ה, ז): "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין.


הייב אן רעדן שיין צו דיין ווייב וועט זי רעדן שיין צו דיר, רעד שיין צו דיינע קינדער וועלן זיי קומען צו דיר און רעדן מיט דיר; דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אנדערע - וועט מען אכטונג געבן אויף דיר.


עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען אלץ פאררעכטן; פיר זיך שיין צו דיין ווייב - וועט זי בלייבן מיט דיר.


א פרייליכן יום טוב.

#315 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל נישט איך זאל לערנען אינדערהיים?
שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל נישט איך זאל לערנען אינדערהיים, און איך בין פאריאגט און פארפלאגט, און איך קום ממש נישט אן צו לערנען אויסער חומש מיט תרגום נאכ'ן דאווענען. וואס קען איך טון צו לערנען מער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זי איז הונדערט פראצענט גערעכט; זי ווארט אויף דיר א גאנצן טאג, דו קומסט אהיים טויזנט אזייגער, זי באדינט דיר, זי ברענגט דיר עסן און גלייך ווילסטו לויפן לערנען; זי וויל רעדן מיט דיר, זי וויל שמועסן מיט דיר, זי וויל דיר דערציילן ווי אזוי איר טאג איז אריבער; זי ווארט א גאנצן טאג ווען וועסטו אהיים קומען זי זאל קענען מיט טיילן איר טאג מיט דיר.


אז דו וועסט איר געבן צייט, דו וועסט איר העלפן און איר אויסהערן - וועט זי דיר נישט שטערן צו לערנען, זי וועט זיך פרייען אז דו לערנסט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#314 - וואס טוט איך אז מיין זון האט זיך צעטיילט קוים א יאר נאך זיין חתונה?
שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געמאכט מיין זון, אין אנהויב זענען זיי געווען זייער פרייליך און צופרידן, אבער קוים א יאר איז אריבער נאך די חתונה און זיי האבן זיך שוין צעטיילט, ער איז מיר אהיימגעקומען, און איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וואס די מעשה איז דארט געווען.


איך מיט מיין ווייב זענען זייער צובראכן פון דעם, זיי האבן שוין א קינד, אבער אונזער זון קען נישט זען דאס קינד, און מ'ווייסט נישט וואס וועט דא זיין.


אויך גייט מיר נישט קיין שידוך פאר מיין קומענדיגע זון, ווייל מענטשען קוקן שוין שלעכט אויף מיין משפחה, אפשר קען מיר די ראש ישיבה ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' האזינו, ט' תשרי, ערב יום הכיפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו קענסט העלפן זיי זאלן צוריק גיין - זאלסטו זיכער טון וואס דו קענסט נאר אז דיין זון זאל צוריק גיין און עס זאל זיין שלום, און אז נישט - זיי מתפלל צום אייבערשטן עס זאל נישט זיין קיין גט.


זיי זיך מחזק און זיי מחזק דיין ווייב, און אודאי און אודאי זאלסטו מחזק זיין דיין קינד.


האב נישט מורא פאר דיין נאמען פאר שידוכים; שידוכים האט נישט מיט א נאמען, שידוכים האט נאר מיט'ן אייבערשטן, דער אייבערשטער - ער איז מזווג זיווגים.


איך ווייס נישט די מעשה, איך ווייס נישט ווער איז אוועק געגאנגען פון וועם און פארוואס; אויב איז עס תלוי אין דיר - זאלסטו טון אלעס אויף דער וועלט אז זיי זאלן צוריק גיין לעבן בשלום. א גט איז א שרעקליכע זאך, בפרט ווען עס איז דא א קינד - ווערט דער קינד גע'שחט'ן; עס וועט גארנישט נוצן, דאס איז א מציאות; קינדער פון גע'גט'ע שטובער זענען קרבנות, לעבעדיגע קרבנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#313 - ווי אזוי קען איך זיין צופרידן פון מיין ווייב?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן האב איך יא אביסל, נאך אלס קינד פלעגט מיין שוועסטער זאגן אז איר לערערין זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אין אנהויב האב איך געלאכט דערפון, אבער שפעטער האט עס מיר יא געכאפט, איך האב געשפירט אז איך האב אלעמאל אן אוזן קושבת, דער אייבערשטער איז גרייט מיר אויסצוהערן אלעמאל, אפילו ווען מענטשן פארשטייען מיר נישט.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב ברוך ה' פיין חתונה געהאט, איך האב א גוטע און וואוילע ווייב, אבער מיר קומען פון פרומע משפחות, און איך שפיר אז זי איז נישט גענוג אהערגעשטעלט פאר מיר, און איך האב אסאך פראבלעמען אין שמירת עינים, וואס שטערט מיר אסאך אין לעבן.


ווען איך האב זיך אויסגערעדט פאר חברים, האבן זיי מיר גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איך וויל אבער נישט, איך בין זייער צופרידן מיט איר, נאר עס שטערט מיט די פרומע וועג ווי אזוי זיך גייט אנגעטון. וואס איז יא די עצה? ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל באמת זיין צופרידן אין שטוב, און נישט זוכן קיין גליקן אינדרויסן?


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב שוין באקומען פון אייך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל וואס איך גיי דיר זאגן, אויב איינער דארף זיך פאררעכטן - איז דאס נישט דיין ווייב; אז דו ביסט נישט צופרידן, דו ביסט נישט זאט אין לעבן - האט דאס נישט מיט איר, דו ביסט דער פראבלעם, אז דו ווילסט זיך שפירן צופרידן און גליקליך - ליגט דאס אין דיינע הענט. זיין א צופרידענער מענטש האט מיט זיך אליינס; די וואס טראכטן: 'אויב מיין ווייב וועט זיין אזוי און אזוי, זי וועט זיך אנטון אזוי און אזוי - וועל איך זיין גליקליך און צופרידן', אזוי אויך די פרויען וואס טראכטן: 'ווען מיין מאן וועט זיין אזוי און אזוי, וועל איך זיין א גליקליכע' - די זענען זיך טועה, ווייל זיין פרייליך, גליקליך און צופרידן - דאס האט מיט זיך אליינס.


ווי אזוי ווערט מען א צופרידענער מענטש? ווען א מענטש געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ער איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן - דעמאלט הייבט מען אן שפירן א צופרידנקייט אין לעבן, מען ווערט אזוי פרייליך, מען שפירט זיך זייער גליקליך.


וואס איז ביטול? ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? ווען מען ווייסט און געדענקט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, גארנישט איז א פערצופאל, נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה און קיין מזל, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז א לבוש, א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן; מיין ווייב, מיין מאן, מיינע קינדער, מיין פרנסה, מיין הויז, מיין קאר, מיין טאטע, מיין מאמע, מיינע שוועריקייטן, מיינע איבערגייאכטץ, מיין אלעס וואס איך האב און וואס איך גיי אריבער - איז דער אייבערשטער, ווען מען נעמט דאס גוט אריין אין זיך, ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, דאס איז ביטול; דעמאלט איז מען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א וואוילע ווייב און א גוטע ווייב, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו: "זי איז וואויל, זי איז גוט", - דארפסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דארף מען מער פון גוט און וואויל? עפעס אנדערש איז נאר דמיונות. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר כדי זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער, אים איז ענדערש געווען א פשוט'ע פרוי וואס איז נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו' אבער זי האט הכנעה; זי גרויסט זיך נישט, זי איז געטריי, זי איז גרייט פאר אים, זי קוקט ארויף אויף אים - ווי איידער האבן א פרוי וואס גרויסט זיך און טרעט אויף אים.


אסאך אינגעלייט ווי דיר האבן די פייגלעך אין קאפ, זיי פייניגן זיך מיט דער געדאנק: 'איך וויל מיין ווייב זאל גיין אנגעטון אזוי', 'איך וויל א ווייב אזוי', זיי שלאגן זיך אין קאפ מיט מחשבות: 'ווען זי וואלט ווען געווען אזוי וואלט איך געווען פרייליך', 'ווען זי וואלט זיך געטוישט וואלט איך געהאט שמירת עיניים'; דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נישט דער מענטש זאל זיין ערליך, הייליג און ריין; ער ברענגט די סארט מחשבות פון נישט זיין צופרידן פון די ווייב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן אויף אמונה, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך רוען די שכינה ביי אונז אין שטוב, געב מיר צופרידנקייט; איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן, מיט מיין ווייב און מיט אלעס וואס איך האב.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי פארזינקען אין טומאה, איך האב מפקיר געווען מיינע אויגן, איך קוק אויף פרעמדע פרויען; דאס מאכט איך זאל נישט ליב האבן מיין ווייב. איך בין אזוי משוגע געווארן פון קוקן אזויפיל שמוץ, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך האב א וואוילע ווייב, אבער די עבירות מאכן איך זאל זיין אזוי פארדריידט אז איך טראכט נארישע מחשבות פון זיך גט'ן השם ישמרינו; העלף מיר טאטע, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, איך וויל היטן מיינע אויגן, אזוי וועל איך ליב האבן מיין שטוב, איך וועל ליב האבן צו זיין אינדערהיים מיט מיין משפחה, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן, איך ווייס נישט פארוואס איך וויל אלץ ארויסלויפן, איך זוך אלץ גליקן, איך רעד זיך איין אז עפעס גליק איז דא אינדרויסן"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע בקשות פון הארץ.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן די תפילה וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהייבן שפירן אין שטוב א טעם גן עדן, דו וועסט נישט וועלן עפעס אנדערש ווי דיין ווייב און קינדער, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן די גאס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#312 - וואס טו איך ווען מיין טאטע געבט מיר נאר פסקים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, וואקאציע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אייערע טייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא.


לעצטנס בין איך געפארן מיט מיין ווייב ערגעץ אויף וואקאציע, און ווען מיין טאטע האט געהערט דערפון איז ער אריינגעפאלן אין א שווערע כעס, ער האט געהאקט קעגן מיר פאר מיין אלע געשוויסטער, און מיר אנגערופן אויפ'ן טעלעפאן און געשריגן אויף מיר אז איך בין משנה פון די מסורת האבות, איך בין א חוטא ומחטיא, און איך בין א הולך בעצת אשתו שיורש גיהנום.


זייענדיג א וואוילער בטבע האב איך אים אנגערופן איבערבעטן, כ'האב אים געזאגט אז איך האב נישט געוואוסט פון די מסורה, און ער האט מיר געזאגט אז ער איז באמת נישט ברוגז אויף מיר, נאר דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר.


מיין ווייב האט מיר כסדר געזאגט איך זאל אים איגנארירן, מיר זענען ברוך ה' חתונה געהאט, און מיר דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון. איך בין אבער געווארן זייער איבערגענומען פון די מעשה, איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האב זיך נאכגעפרעגט פאר איך בין געפארן צי עס איז אן ערליכע פלאץ, און אזוי ווייטער. און איך וויל זייער מקיים זיין ווייטער כיבוד אב ואם אזוי ווי פאר דעם, אבער איך בין זייער צעמישט און אנגעווייטאגט.


איך העלף אסאך ארויס מיינע עלטערן מיט געלט, מיין טאטע ווייסט נישט פון דעם נאר מיין מאמע, אבער קיין ש'כח באקום איך נישט, נאר א פסק.


אויב איר קענט מיר אויסקלארן אביסל וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען זעט פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט נישט וואס כיבוד אב ואם איז; דו מיינסט אז כיבוד אב ואם איז א געלעכטער.


ליידער לעבן מיר אין די צייטן פון עיקבתא דמשיחא, עס איז ממש אזוי ווי די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט, ווי אזוי עס וועט אויסקוקן פאר משיח וועט קומען (סוטה מט:): "בֵּן מְנַבֵּל אָב", קינדער וועלן חוזק מאכן פון די טאטע, "בַּת קָמָה בְאִמָּהּ", די טעכטער וועלן אויפשטיין קעגן די מאמע, "כַּלָּה בַּחֲמֹתָהּ", די שנור וועט אויפשטיין קעגן די שוויגער וכו'; מען איז מזלזל אין עלטערן, מען ווייסט נישט אז דאס איז גאר א הארבע מצוה, ביי די הייליגע חכמים ווערט די מצוה פון כיבוד אב ואם אנגערופן (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן; נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי קידושין א, ז): "רֶבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


כל הכבוד אז דו העלפסט דיינע עלטערן מיט געלט וכו' וכו', אבער געדענק אז דאס איז גארנישט ווערד אויב מען איז זיך מתחצף צו זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה, שם): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים", ווידער איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט, "וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", און אין דעם זכות גייט ער אין גן עדן. אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו, בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ", איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ, זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטער טאטע, וואס רעדסטו אזויפיל? שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין! "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט ביים סוף גיין אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דער איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", כדי דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, [אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): "וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה"], "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטן ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


אז דיינע עלטערן האלטן דיר פאָר וכו', זאלסטו זיי איבערבעטן און זיי זאגן אז דו גייסט אכטונג געבן זיי מער נישט מצער זיין, און אז דיין ווייב וויל מיט דיר גיין זיך אפרוען וכו', דארפסטו זיך נישט רייצן מיט דיין טאטע, אים ווייזן אז דו טוסט אנדערש ווי זיין ווילן.


גלייב מיר, מיט אביסל שכל קען מען לעבן א חיים טובים, צופרידנשטעלן די ווייב און אויך טאטע מאמע; פארוואס דארף מען מאכן מחלוקות? פארוואס מוז מען זאגן די עלטערן 'מיר טוען וואס מיר ווילן'? מען קען דאך טון וואס מען טוט אן דעם וואס מען זאל זיי מצער זיין!


כיבוד אב ואם איז נישט קיין ווערטל, דער אייבערשטער זאגט אונז אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע; אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע עלטערן - וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה.

#311 - קען מען טאנצן מיט די משפחה אינדערהיים אום שבת?
שלום בית, שבת קודש, שמחה, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און בריוון, סיי עס איז מיר זייער מחזק זיך אויפצוהייבן פון מיינע שוועריקייטן און סיי עס געבט מיר א קלארע וועג ווי אזוי צו גיין פאראויס.


איך האב געוואלט פרעגן, היות דער ראש ישיבה שרייבט אסאך וועגן זיין פרייליך שבת, מאכן לעבעדיג אין שטוב, און אזוי ווייטער, דאס האט מיר געברענגט אנצוהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען איך בעט אסאך דעם אייבערשטן האבן מיר טאקע א פרייליכע לעבעדיגע סעודה ברוך ה' און יעדער האט הנאה. אסאך מאל ווערט אזוי פרייליך ביי אונזער סעודה אז איך וויל טאנצן מיט די גאנצע משפחה, איך ווייס אבער נישט אויב עס פאסט און ס'איז אויסגעהאלטן צו טאנצן מיט די גאנצע משפחה אינאיינעם, וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


בעיקר דארף מען זיין זייער פרייליך ביי די סעודה, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז געווען זייער פרייליך שבת, ער האט געטאנצן א גאנץ שבת; עס האט אויסגעזען ווי ער איז מיט א קאפ העכער פון דעם וואס ער איז געווען טאנצעדיג א גאנץ שבת, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו, מען טאנצט שבת.


נעם דיינע קינדער און טאנץ מיט זיי ביי די סעודה; קינדער האבן זייער ליב ווען מען טאנצט, קינדער האבן זייער ליב שמחה; אז מען ווייזט פאר די קינדער א פרייליכע תורה, א פרייליכע שבת, פרייליכע מצוות - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן די תורה.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט (עיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עס האט א פנים אז מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש"; לכאורה, ווי איז שייך זיך נאריש מאכן? מיר דארפן זיך דאך פירן בדרך כבוד כדי מען זאל נישט רעדן אויף ברסלב, אז מיר וועלן זיך נאריש מאכן וועלן אלע זאגן וואס מען זאגט שוין וכו'; נאר דאס גייט ארויף אין שטוב מיט די קינדער, מען זאל זיך נאריש מאכן מיט די קינדער, זיך פרייליך מאכן, מאכן פרייליכע זאכן וואס קינדער האבן ליב.


אויך די שלום בית ווערט שענער און בעסער ווען עס הערשט שמחה אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט טאנצן מיט דיינע קינדער בשעת דיין ווייב וועט זיצן אין די זייט, זי וועט קוועלן פון שמחה זעענדיג ווי דו טאנצט מיט די קינדער - דאס וועט מאכן מען זאל זיך איבער בעטן, מען זאל זיין בשלום ובשלוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#310 - וואס טוט מען ווען די שנור האט נישט רעספעקט פאר איר מאן?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"


איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.


איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".


עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.


א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!


דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#309 - מיין מאן איז נאר פארנומען מיט ברסלב, איז דאס די ריכטיגע וועג?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן טענה'ט אז זייט ער איז מקורב געווארן צו ברסלב, האט ער אנגעהויבן צו לעבן. איך מיין אבער אז זייט דעמאלט איז אונזער לעבן ממש חרוב געווארן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס ער האט פאר לאנגע שעות יעדן טאג זיך צוגעהערט צו שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין פון קול ברסלב, דערנאך האט ער יעדן טאג געדארפט גיין קוקן אויב ס'איז דא פרישע בריוו פונעם ראש ישיבה, און וואו ער גייט און שטייט האט ער אלץ א משניות, תהלים, גמרא, אדער אן אנדער ספר, און ער קומט נישט אן צו רעדן אפילו מיט מיר.


ער טענה'ט אז דער ראש ישיבה איז זיין רבי און מורה דרך, דערפאר וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען אונז ענטפערן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, צו זיין פארנומען מיט ברסלב פאר 24 שעה א טאג, און ממש נישט אנקומען זיך אפצוגעבן מיט די ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אינטערעסאנט וואס איר שרייבט, עס הערט זיך זייער מאדנע אז אייער לעבן איז אייך חרוב געווארן זייט אייער מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב; עפעס שטימט נישט, עפעס פעלט פון די מעשה, איר באהאלט עפעס.


איך ראט אייך איר זאלט אליינס הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, איר זאלט זיך אליינס איבערצייגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים און וואס מען שרייבט אין די בריוו; נישטא נאך א פלאץ וואס זאל אזוי מחזק זיין די אינגעלייט אויף שלום בית ווי ביים רבי'ן, נישטא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס שלום בית זאל זיין נומער איינס - ווי ביים רבי'ן; עס מוז זיין אז איר זוכט שלעכטס אויף ברסלב, ווייל איר האט געהערט שלעכטס אויף דעם פלאץ, אדער שעמט איר זיך פון אייערע חבר'טעס, דעריבער זוכט איר שלעכטס אויף אייער מאן.


איך וויל אייך פרעגן, עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן האלט מיט זיך א משניות?! עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן הערט זיך צו צו שיעורי תורה?! וואס האט אייער מאן געטון איידער ער האט געטראפן דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער זיך געשפילט מיט א טעלעפאן, איז דאס געווען בעסער?! וואס האט אייער מאן געהערט איידער ער האט געפונען דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער געהערט האטליינס פון נייעס, דאס איז בעסער?!


עס זעט אויס ווי עס ליגט אין אייך א באהאלטענע פיינטשאפט, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס זאל אייך שטערן אז אייער מאן לערנט און איז זיך מחזק מיט גוטע עצות ווי זיך צו פירן מיט יראת שמים.


אויב בין איך נישט גערעכט, איר האט נישט קיין שום פיינטשאפט, נאר איר זענט פשוט א רחמנות אז אייער מאן העלפט אייך נישט, ער איז פארנומען מיט ברסלב פיר און צוואנציג שעה און אויף אייך קוקט ער נישט, דעמאלט זייט נישט בייז אויף ברסלב, דאס איז זיין אייגענע פראבלעם; און אז ער האט אזא פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס א ווייב איז - זאלט איר אים מחזק זיין צו לערנען מער ספרי ברסלב. זייט אים מחזק ער זאל לערנען די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, וועט ער זען צוביסליך וואס א ווייב איז, ווי מען דארף מכבד זיין א ווייב, ווי מען דארף רעדן צו א ווייב; געבט אים צו הערן די שיעורים ווי מען רעדט צו די בחורים און אינגעלייט ווי מען זאל האלטן טייער און חשוב די ווייב, ביז ער וועט אנהייבן לעבן מיט אייך ווי עס דארף זיין.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט לעבן מיט איין וועג, ביידע זאלן זיך פארשטיין, ביידע זאלן מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן; דורך תפילה וועט איר זוכה זיין אז עס זאל זיין שלום אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#308 - ווי אזוי קען איך אריינברענגען א רואיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט בענייני שלום בית.


ליידער זע איך ביי מיינע עלטערן אסאך קריגערייען, און איך וויל זיי אזוי שטארק העלפן. ס'איז אוממעגליך פאר מיר זיי צו געבן צו הערן די שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז קינדער טארן זיך נישט בשום אופן זיך אריינמישן אין די עלטערנ'ס געשעפטן, אבער מיין הארץ גייט ממש אויס פאר זיי, ווי אזוי קען איך יא זוכה זיין אריינצוברענגען א רואיגקייט און ליכטיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך זאלסטו זייער אכטונג געבן אז פון דיין זייט זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת און קריגערייען. אויך זאלסטו זיי רופן דערציילן פון דיין לעבן, פון דיינע קינדער; דאס וועט זיי פרייליך מאכן, און אז זיי וועלן זיין פרייליך וועט שוין זיין צווישן זיי שלום. ווייל אלע מחלוקות הייבן זיך אן פון עצבות און מרה שחורה, אז מאן און ווייב זענען דערביטערט הייבן זיי אן טרעפן חסרונות איינער ביים צווייטן, מען הייבט אן חוזק מאכן איינער פון צווייטן, ביז די שטוב ווערט א גיהנום.


הדבר הראשון זאלסטו רעדן מיט זיי יעדן טאג; אויב דו וואוינסט אינעם זעלבן שטאט - זאלסטו אוודאי אריבערגיין און זיי דערציילן פון דיין לעבן, דערצייל זיי נאר גוטס, דערצייל זיי נאר נחת מעשיות; קרעכץ נישט פאר זיי. גרייט זיך אן א שיינע ווערטל פאר זיי, ברענג ארויף א שמייכל אויף זיי; איינמאל זיי וועלן זיין פרייליך וועלן זיי זיך שוין נישט קריגן.


צווייטנס, בעט דעם אייבערשטן פאר זיי; תפילה איז זייער שטארק, מיט תפילה קען מען אלעס טוישן. בעט פאר זיי זיי זאלן לעבן אינאיינעם מיט שלום, זיי זאלן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - ווען וועט שוין דער ראש ישיבה אונז קומען באזוכן?
שלום בית, חתונה, אחדות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, און פאר די לעבן פון מיין משפחה, וואס האט זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן דורך די שיעורים. איך שפיר ווי איך בין ממש געבוירן געווארן פון ניי.


איך וואוין אין ירושלים עיר הקודש, און איך האב געוואלט פרעגן ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט קומען אונז באזוכן אין ארץ ישראל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'דארף נישט קומען אין ישיבה, מ'קען נעמען די דיבורים און לעבן מיט דעם סיי ווי איבער די וועלט, פון דעסט וועגן אינו דומה שמיעה לראיה, וואס וואלט דער ראש ישיבה שליט"א געטון ווען מוהרא"ש זי"ע זאגט דאס ווען, אז מ'דארף נישט קומען צו אים, וואלט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאלץ זיכער געוואלט זען מוהרא"ש.


איך בעט זייער, אין נאמען פון די גאנצע חבורה דא אין ירושלים, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז קומען באזוכן און מחזק זיין. דער בית המדרש דאהי פירט זיך מיט א געוואלדיגע אחדות, מ'איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און מ'מאכט אסאך הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער ממשיך זיין מיט גאנצן כח מחזק צו זיין אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט באחדות, מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכח.): "אֲנָן בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָיא", אונזער זאך איז אחדות; מוהרא"ש זאגט, די ראשי תיבות פון "אֲנָן" איז "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ", מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן, אונזער זאך איז – "בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, זיך ליידן איינער דעם צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען קיין ארץ ישראל, איך וויל זיין מיט אייך. איך בענק זיך צו אייך; געדענקט וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בר יוחאי (פסחים קיב.): "יוֹתֵר מִמַּה שֶּׁהָעֵגֶל רוֹצֶה לִינֹק פָּרָה רוֹצָה לְהֵנִיק", אסאך מער וויפיל דער קעלבל וויל זייגן וויל די קו - די מאמע - געבן צו זייגן דעם קעלבל. ער האט אים געזאגט, ווי שטארק דו ווילסט לערנען פון מיר תורה - אסאך מער וויל איך לערנען מיט דיר תורה; גלייב מיר, איך וויל נאך אסאך מער זיין אין ארץ ישראל, שוין איבער א יאר וואס איך בין נישט זוכה צו זיין אין ארץ ישראל; איך האף בקרוב צו זיין דארט.


אגב, אז מען רעדט שוין פון וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בן יוחאי אין תפיסה, ווען ער האט אים געבעטן און געמוטשעט ער זאל לערנען מיט אים תורה; האט ער אים דעמאלט געזאגט דאס גרויסקייט פון חתונה האבן, ער האט אים מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיין הייליג, "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה - קען מען האבן א ריינקייט, די תורה וואס מען לערנט נאך די חתונה, דאס איז ריין (שם, קיג). אין אנהייב האט ער מורא געהאט אים דאס צו זאגן, ער האט מורא געהאט פון די גוים, אבער נאכדעם וואס דער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט אים אזוי מפציר געווען, האט ער אים דאס געזאגט. דאס איז איינע פון די יסודות ביים רבי'ן, מען זאל חתונה האבן יונג און האבן שלום בית; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח, א ריינע מחשבה; דעמאלט קען מען לערנען תורה בקדושה ובטהרה. אז מען האט חתונה און מען לעבט מיט שלום, מען איז מוותר, מען האט אסאך געדולד - איז מען זוכה צו ריינקייט.


אויף די נקודה האט מוהרא"ש זיך מוסר נפש געווען; ער האט געוואלט אריינברענגען חתונה האבן יונג, ער האט דאס געטון ביז די מלכות הרשעה האט אים געוואלט געבן תפיסה, מוהרא"ש האט אפאר יאר נישט געקענט זיין אין ארץ ישראל, און שפעטער האט מוהרא"ש ווייטער געטון זיין גאנץ לעבן פאר שלום בית, מוהרא"ש פלעגט זיצן טעג און נעכט מיט פארפעלקער זיי זאלן אהיים גיין לעבן בשלום. דארפן מיר זען צו גיין אויף דעם וועג, זיך נישט קריגן אין שטוב, זיין א ותרן אין שטוב; וועלן מיר זוכה זיין צו "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר".

#306 - מ'האט מיר זייער אראפגעקלאפט אלס קינד, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?
התחזקות, שלום בית, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, דאס געבט מיר כסדר חיזוק און חיות אין מיין לעבן.


איך בין אויפגעוואקסן מיט א שווערע יונגט, מ'האט מיר אלץ אראפגעקלאפט, און וואס איך האב נאר געטון איז קיינמאל נישט געווען גענוג גוט, מ'האט מיר כסדר געמאכט שפירן שלעכט אויף יעדע זאך וואס כ'האב געטון. איך האב כמעט נישט באקומען קיין גוט ווארט, נאר פארקערט, א הויפן פון קריטיק אויף יעדן טריט און שריט. איך האב נישט געוואוסט אז א מענטש קען אמאל מאכן א טעות, און ער דארף נישט שפירן שלעכט מיט דעם פאר עטליכע טעג.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען חתונה צו האבן, אבער מיט קיין איין טראפ זעלבס זיכערקייט, וואס האט ווי פארשטענדליך נישט צוגעהאלפן צו די שלום בית, אדער בכלל אין לעבן.


דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר א גרויסע חסד אז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, מיין שלום בית האט זיך גאר שטארק פארבעסערט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


אבער איך בין נאכאלץ היבש סענסעטיוו, ווען איינער זאגט מיר נאר א קליין שלעכט ווארט, ווער איך זייער שטארק געטשעפעט, און איך שפיר ממש ווערטלאז, ממש ווי א שטיקל מיסט. איך קען טראכטן פאר לאנגע שעות ווי אזוי אנדערע מענטשן וועלן קוקן אויף מיר און טראכטן וועגן מיר. מיין שאלה איז ווי אזוי איך קען באקומען זעלבסט זיכערקייט, נישט ווערן צעבראכן ווען מ'קלאפט מיר אראפ, אדער ווען מען קריטיקירט מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א שיינע בריוו מיט גוטע חיזוק וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער הרב רבי יחיאל זכרונו לברכה. דער רבי שרייבט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה; מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ג): איך האב גרויס צער אז מען רודפ'ט דיר און איך וואונדער זיך ווי קען זיין קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר דיר; דער רבי שרייבט אים: "אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברידער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, האב נישט מורא פון קיינעם, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם", גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם, שטארק זיך אין תורה און אין יראת שמים, "כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר דיר צו שטארקן, דיר אויפצוהייבן דיין כבוד און גרויס מאכן דיין פארשטאנד.


"כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם", אזוי ווי קיין שום וואקסונג קען נישט וואקסן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר", נאר ווען מען נעמט די זומען און מען לייגט עס אין דער ערד, "וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה", און די זומען ווערט פארפוילט אין דער ערד, "וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", הערשט דעמאלט קען פון איר ארויסקומען א שיינע גרויסע בוים, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה", אזוי איז מיט'ן מענטש, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר", ווען מען דערנידערט דעם מענטש ממש ביז צום ערד, "עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", דורך דעם שפראצט מען אויף אין די וועלט. דער רבי פירט אויס אינעם בריוו: "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה, בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ, כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי טשעפען דיר און רודפ'ן דיר, וואלטן זיי דיר נישט פארשעמט.


דער בריוו איז גוטע חיזוק פאר דיר און פאר אלעמען; ווען מען שפירט זיך גארנישט, מען שפירט זיך אזוי דערנידערט - דעמאלט קען מען הערשט אנהייבן צו וואקסן. אזוי ווי א קערל הייבט אן וואקסן און שפראצן נאר נאכדעם ווען זי ווערט אינגאנצן אויס, אזוי אויך קען דער מענטש זוכה זיין צו קומען צו אלע דרגות שבעולם ווען ער איז ביי זיך גארנישט.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיר וועט דיר נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן, וואס אנדערע טראכטן אויף דיר; דו וועסט וואקסן העכער און העכער, דו וועסט צוקומען צו די דרגה פון צדיקים וואס געפונען זיך דא אין עולם הגשמי און זיי שפאצירן אין די עולמות עליונים, זייער מח טראכט שטענדיג פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#305 - מיין ווייב האט נישט ליב מיין נוסח, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
שלום בית, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים און די קונטרסים, איך מיט מיין ווייב זענען זיך זייער מחזק מיט די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן, ס'העלפט אונז אזויפיל אין לעבן.


איך קום ארגיניעל פון א געוויסע חסידות און מיין ווייב קומט פון אן אנדערע סארט חסידות. און דער נוסח איז גאר אנדערש ביי מיין טאטן אין שטוב ווי ביי מיין שווער, און דאס איז א זאך וואס שטערט אונזער לעבן, מיין ווייב האט זייער נישט ליב מיין נוסח, און זי פארשטייט נישט פארוואס מ'דארף אזויפיל קוועטשן.


איך בין אויפגעוואקסן מיט א נוסח וואס איז זייער לאנג יעדע זאך, און מיט א קוועטש. למשל ביי קידוש איז דאס גאר א לאנגע נוסח, איך האב דאס זייער ליב, אבער פאר מיין ווייב שמעקט עס נישט, און זי טענה'ט אויך אז אונזערע קינדער וועלן נישט האבן צופיל געדולד צו אזעלכע זאכן.


איך האב אבער זייער ליב דעם נוסח און דעם וועג, און איך וויל באמת נאר דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות. וואס זאל איך טון? זאל איך טוישן דעם נוסח, און אריבערגיין צו די וועלטליכער נוסח וואס איז קורצער און גרינגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן די וועג ווי אזוי זיך אויסצוקומען מיט דיין ווייב. רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן נאך א גאנצע סעט ליקוטי הלכות נאר אויף שלום בית; ווייזן א וועג פאר אלעמען ווי אזוי צו לעבן אין שטוב, מאן און ווייב מיט'ן אייבערשטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פונעם הייליגן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה. ער פלעגט נישט זיין אין שטוב, רוב וואך איז ער געווען באהאלטן, ער האט עוסק געווען מיט התבודדות צום איבערשטן און מיט זיינע שיעורים; פלעגן קומען פרויען, אומפארגינערישע שכנים - אנהעצן זיין ווייב קעגן אים, זיי פלעגן איר טשעפען זאגנדיג: "דו האסט א מאן א משוגע'נער", זיי פלעגן איר זאגן: "דו ביסט א רחמנות"; אזעלכע ווערטער פלעגן זיי איר זאגן ביז זי איז געווארן אויפגעהעצט קעגן אים און ווען ער איז אהיים געקומען האט זי אים געזאגט: "עד כאן, איך גיי נישט מער אזוי לעבן מיט דיר וכו' וכו'", אבער רבי אברהם בן רבי נחמן האט געוויסט דעם סוד ווי אזוי צו רעדן מיט א ווייב, ער האט גערעדט צו איר זייער שיין, זייער ווייך, ער פלעגט איר זאגן אזעלכע שיינע ווערטער ביז זי האט אפגעמאכט אז זי גייט מער נישט אויסהערן די שכנים. למעשה פלעגט זי יא צוריק פאלן; זי פלעגט נאכאמאל ווערן אויפגעהעצט, אבער דער צדיק האט אזוי שיין גערעדט צו איר, ער האט איר שטענדיג אונטער געקויפט און אלץ שלום געמאכט.


עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען לעבן מיט די ווייב זי זאלן ווערן איינס מיט'ן מאן, די הייליגע חכמים זאגן (עירובין ק:): "אִלְמָלֵא לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה", ווען מיר וואלטן נישט געהאט די תורה, "לָמַדְנוּ דֶרֶךְ אֶרֶץ מִתַּרְנְגוֹל", וואלטן מיר געלערנט דרך ארץ פון א האן, דער האן זאגט פאר'ן הינדל: "זִיגָא זָבֵינְנָא לִיךְ", איך גיי דיר קויפן א שיינעם מאנטל, "דְּמָטֵי לִיךְ עַד אַרְעָא", א מאנטל וואס וועט צודעקן דיינע פיס, "וּבָתַר הָכִי", נאכן לעבן אינאיינעם זאגט ער איר: גלייב מיר, אויב וואלט איך ווען געהאט געלט וואלט איך דיר דאס געקויפט, איך האב נישט; ער זאגט איר, גלייב מיר אז איך מיין עס אמת'דיג, אויב נישט: "לִישְׁמְטֵיהּ לְכַרְבַּלְתֵּיהּ דְּהַהוּא תַרְנְגוֹלָא, אִי אִית לֵיהּ וְלָא זַבְּנִינָא לָךְ", - זאל מיין קאפ אויסגעריסן ווערן, איך האב פשוט נישט קיין געלט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב, איר געבן וואס זי דארף, זי זאל שפירן ווי זי איז חשוב און טייער; דעמאלט וועט זי מסכים זיין צו דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#304 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אויפצושטיין פרי און דאווענען מיט מנין?
שלום בית, שלאפן, מנין, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן געווארן ברוך ה', איך וויל זיך נעמען אין די האנט אריין און אנהויבן א נארמאלער סדר היום. איך בין צוגעוואוינט אויפצושטיין גאר שפעט, און לכבוד דעם קומט מיר אויס צו דאווענען אסאך מאל ביחידות.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן התחזקות אויף אויפשטיין פרי און דאווענען מיט מנין?


יישר כח פאר די שיעורים און בריוו וואס זענען מיר זייער מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט זיך צאמנעמען און זיך מאכן א סדר היום; בפרט ווען דו האלסט יעצט פאר דיין חתונה, איז דאס נאך מער וויכטיג, ווייל עס איז זייער נישט באקוועם פאר די ווייב ווען דער מאן שלאפט ביז אין טאג אריין.


זייער אסאך פראבלעמען קומען פון דעם אז דער מאן שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט; קען זיין ער וועט דורכדעם פארלירן זיין חשיבות וכו'. ווער רעדט נאך ווען די ווייב שטייט אויף אינדערפרי און גייט צום ארבעט, זי וויל העלפן איר מאן מיט פרנסה און ווען זי זעט טאג איין טאג אויס ווי ער שלאפט אריין אין טאג, קען מען פארלירן דאס חן און חשיבות.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך; מיט תפילה וועסטו עס באווייזן.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#303 - מיין חבר'טע איז אנטוישט פון איר לעבן, ווי אזוי קען איך איר העלפן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, גט, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוקים, איך האב פיל הכרת הטוב פאר אייער חיזוק און עצות, עס האט מיר ממש געראטעוועט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט פאר בערך א יאר צוויי צוריק, און איך האב ברוך ה' די שענסטע גליקליכסטע לעבן וואס איך וואלט זיך נאר געקענט ווינטשן.


איך האב זייער א נאנטע חבר'טע, מיר זענען צוזאמען אסאך אריבער אלס מיידלעך, און מיר זענען זייער נאנט. מיין חבר'טע האט ברוך ה' חתונה געהאט, איר מאן באלאנגט צו א חסידות מיט אסאך חומרות ופרישות, קרום, נישט ריכטיג און נישט אידיש.


איר מאן איז זייער וואויל און תמימות'דיג און ער וויל זיך בשום אופן נישט רירן פון די הנהגות פון זיין חסידות אפילו מיט א משהו, מיין חבר'טע איז זייער צובראכן, זי איז זייער אנטוישט, זי האט עפעס אנדערש אינגאנצן ערווארטעט פון א חתונה געהאטע לעבן, און זי פילט ממש פארלוירן. זי האט שוין אלעס פרובירט און עס האט גארנישט געהאלפן.


זי רעדט זיך זייער אויס צו מיר אז ס'איז ממש געפערליך, זי קען עס מער נישט אויסהאלטן. איך פארשטיי איר זייער גוט, איך האלט אז זי איז הונדערט פראצענט גערעכט, די שאלה איז נאר וואס איך דארף איר זאגן, צי איך זאל איר איך מחזק זיין? וויאזוי דארף איך זיך באנעמען מיט דעם? און אויב דארף איך זיך טאקע שטעלן צו איר זייט? צי דארף איך איר מעודד זיין זיך צו גט'ן? איך וועל באמת שעצן אויב איך באקום אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט איר חס ושלום נישט צורעדן זיך צו גט'ן; אויב מען דארף זיך גט'ן - דאס האט מיט גרויסע רבנים, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל וואס חבר'טעס רעדן, אך און וויי פאר א פרוי וואס העצט אן זיך צו גט'ן.


איך וואונדער זיך, איר שרייבט אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון רבי'ן; ווי קען זיין א ברסלב'ע פרוי זאל פארגעסן פון תפילה?! איר דארפט זיך מחזק זיין מיט די עצה פון תפילה והתבודדות, אנשטאט איר אויפהעצן קעגן איר מאן זאלט איר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, מיר זאלן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אויף די אייגענע שפראך; דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו זען גרויסע ישועות.


ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


עס איז א טעות וואס מאכט זיך ביי א יונגע פארפאלק, מען מיינט אז שלום בית האט מען ווען ביידע - מאן און ווייב - טראכטן אייניג, ביידע האבן די זעלבע מחשבה, די זעלבע געפילן וכו'; דער טעות הייבט זיך אן איידער מען האט חתונה, מען גייט צו די חתונה מיט א פאלשע בליק אויפ'ן לעבן, מען גרייט זיך אז מען גייט טרעפן דעם פאר און אינאיינעם האבן די זעלבע וועג, און נאך די חתונה ווערט מען אנטוישט ווען מען זעט אז מען האט נישט די זעלבע וועג; מען הייבט אן זיך טענה'ן, מען הייבט אן זיך קריגן.


דאס איז א טעות; שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן אייניג, אז ביידע טראכטן אייניג איז נישט שייך דאס ווארט "שלום", שלום איז טייטש ווען צוויי פארקערטע זאכן טרעפן זיך צאם און דאך איז מען בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


זייער אסאך גט'ן פאסירן צוליב דעם וואס מען חלומ'ט זיך אז מען גייט חתונה האבן מיט איינעם וואס גייט זיין אזוי ווי מיר, טראכטן ווי מיר, וועלן וואס איך וויל, טון וואס איך טו וכו' וכו', נאכדעם ווערט מען אנטוישט; אבער באמת איז בכלל נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן זאלן טראכטן אייניג, וועלן דאס זעלבע און האבן די זעלבע געפילן; שלום בית מיינט מען צו זאגן אז צוויי מענטשן וואס ביידע ווילן עפעס אנדערש דאך האבן זיי זיך ליב, ביידע זענען מוותר איינער פאר'ן צווייטן און זוכן דאס גוטס ביי יענעם.


זייט איר מחזק זי זאל קוקן גוט אויף איר מאן, וועלן זיי האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#302 - מיין שווער נעמט אסאך לחץ פון מיר, זאל איך ווייטער גיין צו אים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער יונגערמאן, איך האב חתונה געהאט אביסל מער ווי א האלב יאר צוריק, איך בין דער ערשטער איידעם ביי מיין שווער, מיין שווער איז מיר זייער מכבד, אבער אסאך מאל זע איך אז ער האט זייער אסאך לחץ און פרעשור פון מיר, ווען איך קום צו אים וויל ער ווייזן אז אלעס איז מסודר הונדערט פראצענט אין שטוב, און אז די קינדער פאלגן, ער שוויצט ממש פון פרעשור אז אלעס זאל מיר געפעלן.


פון מיין זייט קום איך אויך פון א געבענטשטע שטוב מיט קינדער ברוך ה', און איך פארשטיי אז ווען די שטוב איז נישט אויפגערוימט איז גארנישט געשען, און ווען איך וויל עפעס ארויס העלפן ווערט ער ממש היסטעריש, אבער איך וויל אים נישט מצער זיין און איך ווייס נישט וואס איז בעסער זאל איך מיך אפהאלטן פון גיין צו אים אדער זאל איך יא גיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי הלכה דארף מען מכבד זיין די שווער און שוויגער אזוי ווי מען איז מכבד טאטע מאמע; אזוי פסק'נט דער מחבר (יורה דעה סימן רמ, סעיף כד): "חַיָיב אָדָם לְכַבֵּד חָמִיו", מען איז מחויב צו מכבד זיין דעם שווער.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן רופן די שווער טאטע און די שוויגער - מאמע; אזוי ווי דוד המלך האט גערופן זיין שווער, שאול המלך - 'טאטע', אזוי ווי עס שטייט (שמואל א כד, יא): "וְאָבִי רְאֵה גַּם רְאֵה", ער האט אים גערופן טאטע.


דו זאלסט ווייטער גיין צו זיי; זארג נישט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט און דו וועסט ווערן א חלק פון די משפחה, מען וועט זיין נאטירליך מיט דיר, מען וועט נישט האבן קיין שום דרוק ווען דו קומסט.


דו פון דיין זייט זיי ווייטער מכבד דיין ווייב'ס עלטערן; דאס וועט מאכן שטארק דעם קשר צווישן ענק, זי וועט זען ווי שטארק דו שעצט זיי וועט זי ווערן איינס מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#301 - וויפיל שכל אין לעבן באקומט מען פון די שיעורים?
שלום בית, חסידות ברסלב, הפצה, דרשות, ישיבה, היטן די צייט, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אויסגעהערט דעם שיעור פונעם ראש ישיבה פון דאנערשטאג נאכט פרשת חיי שרה תשפ"א, און עס האט מיר ממש באנומען די ביינער, כאטש וואס איך ברענג נישט אריין אין שטוב מיין סמארטפאון און אלע אנדערע כלים וואס איך נוץ פאר ביזנעס וואס איז פארבינדען מיט'ן אינטערנעט, ברוך ה' איך האב א ריינע שטוב בזכות דעם ראש ישיבה, דאך האט מיר זייער באנומען צוויי נקודות.


איינס אז יעדער קען זאגן אכצן פרקים משניות א טאג, מ'דארף נאר אויפגעבן די סטאטוס וכו'. נאכ'ן שיעור האב איך אויסגעמעקט איבער דרייסיג קאנטאקטס וואס לייגן כסדר סטאטוס, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז פון די אלע לייגן אן ערך פון צען סטאטוס א טאג, דאס איז 300 סטעטאס, וואס לויט דעם קומט אויס אז 150 מינוט א טאג גייט פאר די שטותים, (א געווענליכע סטאטוס איז לאנג 30 סעקונדן). דערנאך האב איך פארלאזט אריבער 40 וואטסעפפ גרופס, אפאר פון נייעס, אפאר פון סתם לצנות, אפאר פון היימישע לשון הרע און פאליטיק, און אזוי ווייטער. און ברוך ה' היינט פרייטאג האב איך געלערנט 32 פרקים משניות. איך בעט דער ראש ישיבה זאל מער און מער רעדן דערפון ביי די דאנערשטאג נאכט שיעורים.


צווייטנס האט מיר באענומען דער ענין פון אויסהערן א ווייב אפילו ווען מ'האט נישט קיין עצה ווי אזוי איר צו העלפן, נאר סתם אויסהערן, און אז נישט וועט זי טרעפן א צוויטע מאן אדער פרוי וואס וועט איר אויסהערן.


בכלל איז די גאנצע שיעור איז געווען ממש א שטיק שכל און לעבן. איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה פאר אלעס, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב די שכל אויסצוהערן די דרשות וואס זענעם די איינציגסטע אין דעם דור וואס רעדט צום זאך וואס מ'דארף וויסן אין לעבן, נישט סתם גערעדט אין די וועלט אריין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן? ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן עפנט זיך א נייע וועלט, מען באקומט א ישוב הדעת, מען קען שוין נישט אוועקגעבן די צייט פאר די סארט זאכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; ווען מען זאל אריינקלערן וואס וועט בלייבן פן די אלע נארישקייטן, פון קוקן קליפ"ס, סטעטו"ס וכדומה - וואלט מען זיך געשעמט צו האבן די אלע זאכן.


ווען מען הערט די זיסע עצות פון רבי'ן - ווערט אויס בחירה, מען ווערט גלייך צוגעקלעבט צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען"; ווייל ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער, זיינע עצות און התחזקות - ווערט אן ערליכער איד און הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, ווען מען האט א ליידיגע מינוט נוצט מען דאס אויס פאר גוטע זאכן, מען כאפט אריין אביסל תורה, אביסל תפילה און מצוות און מעשים טובים.


אזוי אויך אין שלום בית; פאר מען ווערט מקורב צום רבי'ן ווייסט מען נישט דאס חשיבות פון לעבן בשלום מאן און ווייב, מען מיינט אז דאס איז נישט עבודת השם, אבער דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד); מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר - קדושת הברית, מען זאל האבן א ריינעם מח; אויב האט מען שלום בית, מען לעבט מיט ליבשאפט וכו' - דעמאלט האט דער מענטש ריינע מחשבות און ער קען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב איז מען נישט אפגעהיטן, מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד.


מיר טארן נישט האלטן די אלע לימודים נאר פאר אונז, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט; נישט נאר מיר זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי אומצוגיין מיט א ווייב, נאר אלע זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון שלום בית און דאס וויכטיגקייט דערפון, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.


וואויל איז דעם וואס גייט הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.