שאלה אין קורצן ענין
#250 - ווי אזוי קענען מיר האבן שלום בית, אפילו ווען די פרנסה טויג נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות, ספעציעל פון די דרשות פאר פרויען וואס געבט מיר אזויפיל חיזוק און הדרכה אין לעבן.


לעצטנס גייט די פרנסה זייער שווער ביי אונז, אסאך מאל ווייסן מיר ממש נישט פון וואו עס וועט קומען א פרוטה, און דאס האט זייער שטארק אויסגעקלאפט אויף אונזער שלום בית. מיין מאן שפירט זיך אזוי דערווייטערט פון מיר, און ס'טויג נישט דער מצב. ווי אזוי קען איך מאכן א גוטע שלום בית ביי אונז אינדערהיים, טראץ די שוועריקייטן אין פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער ארבעט איז איר זאלט אויפבויען אייער מאן; געבט אים גוטע ווערטער און הייבט אויף זיין מוט, אזוי ארום וועט ער האבן כח ווייטער צו זוכן פרנסה, ער איז דאך נישט שולדיג אז עס גייט אים שווער מיט פרנסה.


עס איז די פרוי'ס פליכט אויפצובויען דעם מאן; שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, א שאד אז פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות.


א קלוגע פרוי הייבט אויף איר מאנ'ס מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער; בפרט אין די צייטן ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער ארבעט שווער אהיים צו ברענגען געלט וכו', ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים. די הייליגע חכמים דערציילן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען און עס איז נישט געווען קיין שלום בית, זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, וואס האבן געטון די פרויען - די נשים צדקניות? זיי זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער פאר'ן מאן זיי זאלן זיך קענען רייניגן פון די ארבעט, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש אין זייער קריגל און דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל, און בזכות די מסירות נפש'דיגע פרויען זענען די אידן ארויס פון מצרים; זעט מען די כח פון אידישע פרויען וואס אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים און אין זייער זכות וועט משיח קומען.


אז איר וועט מחזק זיין אייער מאן וועט זיך אלעס איבערדרייען און עס וועט זיין גרויס שפע, ווייל זיין גאנצע פרנסה איז תלוי אין אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה איז בזכות די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#249 - מיין מאן וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך מיט מיין מאן האלטן מיט אלע שיעורים אין ישיבה, און מיר זענען זיך מחיה דערמיט.


ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען אויף דעם וואס איר האט געזינגען לעצטנס ביי די שיעורים שטיקלעך פונעם ראש השנה'דיגע דאווענען, מיר זענען נישט קיין ברסלב'ע, אבער איין טאג אינמיטן הערן די ראש השנה'דיגע שטיקלעך ביים שיעור, געבט זיך מיין מאן א רוף אן, "ס'שמעקט מיר צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אויב איז דא דארט אזא שיינער דאווענען".


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, איך ווארט שוין קוים אויף נאך א שיעור פאר פרויען, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער געזונט און כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחזק און געבט אונז עצות פאר'ן לעבן.


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד): "כְּשֶׁתִּסְעוּ וְיִשְׁאֲלוּ אֶתְכֶם 'מַה פְּעַלְתֶּם?'", ווען איר וועט אהיים קומען און מען וועט אייך פרעגן וואס האט איר באקומען פון אייער רבי'ן, "תֹּאמְרוּ 'רוּחַ'", זאלט איר ענטפערן: "לופט"; דער רבי געבט אונז לופט צו אטעמען מיט די עצות וואס ער לערנט מיט אונז. די עצה פון התבודדות - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן און אים בעטן אויף יעדע זאך - דאס איז אזוי ווי לופט צום לעבן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצושמועסן יעדע זאך מיט'ן אייבערשטן איז אים אסאך גרינגער דאס לעבן, מען ווערט נישט פארלוירן פון יעדע זאך, מען ווייסט אז אלעס פירט דער אייבערשטער און 'קיינער קען מיר גארנישט שלעכטס טון און גארנישט גוטס טון'.


וואויל איז אייך אז איר זענט נישט מעכב אייער מאן און איר לאזט אים פארן קיין אומאן; איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט א חלק אין אייער מאן'ס ראש השנה. מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רבינ'ס ראש השנה, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז זוכה צו זיין ביי מיר 'ראש השנה' דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; איז דאך זיכער אז א פרוי וואס האלט נישט אפ איר מאן פון גיין קיין אומאן ראש השנה וועט זוכה זיין צו אלע הבטחות און צו אלעס גוטס.


איר שרייבט: "מיר זענען נישט קיין ברסלב'ע"; איך וויל פארשטיין וואס מיינט: "מיר זענען נישט קיין ברסלב'ע", וואס איז דאס ברסלב אז איר האט מורא פון זיין ברסלב?! וואס וויל דען דער רבי פון אונז? דער רבי וויל סך הכל פון אונז אז מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן - נישט קיין חילוק ווי אזוי מיר רופן זיך און צו וואס פאר א חסידות מיר באלאנגען, זאלן מיר לעבן א לעבן מיט אמונה, א לעבן מיט שמחה און א לעבן מיט ישוב הדעת, ממילא וואס איז אזוי געפערליך מיט זיין ברסלב? די אלע וואס האבן מורא פון די ווארט ברסלב וואס וועלן זיי טון ווען משיח וועט קומען און מגלה זיין פאר אלעמען אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן?


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פג) אז משיח איז א לשון פון 'מֵשִׂיחַ אִלְּמִים', ער וועט מאכן רעדן אלע שטומע; משיח וועט אויסלערנען פאר אלעמען מען זאל רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", אלע וועלן רעדן צום אייבערשטן, אלע וועלן זיין ברסלב'ע חסידים - וואס וועלן זיי דעמאלט טון, זיי וועלן אויך שטיין אין די זייט און זאגן פאר משיח: "מיר זענען נישט קיין ברסלב'ע"? עס אז שוין צייט אפצולאזן די אלע מחלוקת און קריגערייען, אלע דינען מיר דעם איין איינציגער באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#248 - וואס טוט מען ווען די ווייב הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א הארציגן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א בלאזט אריין אין מיר, ספעציעל די חיזוק יומי וואס איך באקום טעגליך, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב באקומען א ווייב וואס הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער. נישט סתם זי שרייט אויף זיי, נאר זי קלאפט זיי זייער שטארק אראפ, צום ביישפיל "ביסט stupid, ביסט slow, ביסט silly, ביסט א בעיבי, און אזוי ווייטער אזעלכע סארט לשונות, און נאך ערגערע, שרייט זי אויף זיי כסדר.


איך בין בטבע זייער א סענסיטיווער מענטש, און יעדעס מאל איך הער ווי אזוי זי קלאפט זיי אראפ מיט אלע סארט שלעכטע ווערטער, שפיר איך ממש צו וויינען, עס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך האלט ממש נישט אויס פאר זיי. ווי אזוי וועלן זיי קענען אויפוואקסן געזונט, ווען די מאמע קלאפט זיי אזוי אראפ א גאנצן טאג?


ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? און ווי אזוי איך האבן שלום בית מיט איר? ס'איז ממש דאס גיהנום אליין.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס זי שרייט און זידלט די קינדער - קומט נישט פון שלעכטיגקייט; זי טוט דאס ווייל אזוי האט מען איר מחנך געווען. מען האט אויף איר געשריגן טאג און נאכט די סארט ווערטער דערפאר זאגט זי דאס איבער פאר אירע קינדער, מיינענדיג אז דאס איז די וועג פון חינוך הבנים, ווען באמת איז דאס א גרויסע סכנה פאר די קינדער.


מאך זיך א שיעור מיט דיין ווייב אין די נייע אידישע קונטרסים: "געדולד צו קינדער"  און "אידיש נחת"; דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אויף א גוטע וועג, דאס הארבקייט פון טשעפען קינדער מיט נישט שיינע ווערטער און וואס עס פאסירט ווען מען טשעפעט זיי מיט מיאוס'ע ווערטער, זיי לויפן נאכדעם אוועק פון שטוב און זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט די עלטערן וכו'.


ווען זי וועט לערנען די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים, זי וועט וויסן אז דאס איז נישט די וועג, וועט זי שוין מער נישט שרייען אויף די קינדער די אלע ווערטער.


זיי דן דיין ווייב לכף זכות און קוק אויף איר מיט א גוטע אויג; זי איז נישט שולדיג, ווייל מען האט אויף איר געשריגן די אלע ווערטער אין אירע קינדער יארן און זי מיינט אז דאס איז די וועג פון חינוך. קוק נישט אויף איר מיט רציחה; ווען דו וואלסט געהאט דעם עבר וואס זי איז אריבער וואלסטו געווען אסאך ערגער, דו וואלסט שוין לאנג אפגעלאזט וכו'. אז דו וועסט קוקן גוט אויף איר, דו וועסט קוקן אויף איר מיט רחמנות אויגן וועט זיך אלעס טוישן לטובה.


אויב דו ווילסט באמת די טובה פון דיינע קינדער זאלסטו לעבן בשלום מיט דיין ווייב; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער ווי דאס לעבן בשלום און מיט ליבשאפט מיט דיין ווייב. קינדער זענען גאר גוטע מבינים, זיי ווייסן און שפירן ווען די עלטערן זענען בשלום און ווען מען איז ברוגז, ווען זיי שפירן ווי די עלטערן זענען נישט בשלום טוט זיי דאס זייער וויי, ווער רעדט נאך אויב זיי זעען מיט זייער אויגן ווי מען קריגט זיך, דאס ברענגט אריין אין זיי גרויסע פחדים און זיי וואקסן אויף פעלערדיג.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליינס, גוטע קינדער באקומט מען לויט וויפיל מען בעט און מען וויינט צום אייבערשטן. אפילו דיינע קינדער זענען נאך גאר קליין זאלסטו בעטן דעם באשעפער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג היינטיגע צייטן ווי מען זעט נעבעך קינדער פון די שענסטע שטובער גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, און די איינציגסטע עצה אויף דעם איז צו בעטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#247 - מעג א פרוי זיך שיין מאכן?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורים און דרשות, א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן אויב פרויען מעגן זיך שמירן דעם פנים. איך פארשטיי אז ווען מ'שמירט זיך אויף אן אויפפאלנדע וועג, וואס ציעט דאס אויג, איז דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן, איך וויל אבער וויסן אויב מ'שמירט זיך אויף א נארמאלע וועג, אז מ'זאל אויסקוקן נאטורליך שיין, נישט אויפפאלנד, אויב דאס איז אויסגעהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי מעג זיך שיין מאכן פאר איר מאן וכו'. און וואויל איז פאר א פרוי וואס העלפט איר מאן זאל זיין אפגעהיטן פון עבירות, בפרט היינטיגע טעג ווען די נסיונות זענען זייער גרויס, דארף מען האבן גרויס שמירה צו זיין אפגעהיטן פונעם יצר הרע.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): אין זכות וואס די פרויען ווארטן אפ זייערע מענער און היטן אויף זייערע מענער - וועלן זיי זוכה זיין צו באקומען שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געפיל צו צניעות; צניעות איז א געפיל זאך, עס איז נישט דא א סימן אין שולחן ערוך ווי אזוי די קלייד דארף אויסקוקן וכו', נאר עס איז א געפיל זאך - אן איידעלע פרוי טוט זיך אן איידל. אזוי אויך דארף מען גיין אנגעטון שיין און נישט שלאבעריש כדי מען זאל זען אז די ערליכע איידעלע פרויען גייען אנגעטון שיין צוזאמגענומען און זיי זענען אייביג ריין און זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#246 - וואס טו איך אז מיין ניכטע איז מיר אזוי שטארק מצער?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען דעם ענטפער איבער די שאלה וואס איך האב געפרעגט וועגן מיין ניכטע וואס רעדט מיט מיין מאן, א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס איר האט מיר געשריבן, און בכלל דארף איך געבן א גרויסן יישר כח ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט, וואס האט מיר אזויפיל מחזק געווען און געהאלפן אין אזויפיל אספעקטן.


איך מיין אבער אז איך האב זיך נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט אין מיין פריערדיגע שאלה, איך האב נישט קיין שום טענות אויף מיין מאן, ער איז זייער וואויל, ער פארשטייט מיין צער, און ער פרובירט מיר צו העלפן דאס מערסטע. מיין פראבלעם איז נאר מיט מיין ניכטע, וואס רעדט און לאכט כסדר צו מיין מאן, כאטש וואס ער מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג פון איר.


ביי מיין שוויגער הייסט איך די סענסיטיווע שנור, דעריבער גייט קיינעם נישט אן אז די אייניקל איז מיר אזויפיל מצער. מיין מאן פארשטייט מיין צער און ס'טוט אים זייער וויי, אבער דאס מערסטע וואס ער קען טון איז נאר איר צו איגנארירן, און איך פון מיין זייט קען נאר טון דאס מערסטע צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן.


דערווייל גייט עס שוין אבער אן אזוי פאר א לאנגע צייט, און איך זע נישט ס'זאל עפעס בעסער ווערן. איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו? אדער דארף איך פשוט מקבל זיין די גזירה באהבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן איז מיט אייך, ער איז וואויל צו אייך און ער העלפט אייך - זענט איר די גליקליכסטע פרוי וואס איז פארהאנען! וואס דארף א פרוי מער פון דעם אז דער מאן זאל איר העלפן און זיין געטריי צו איר?


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז עס הערשט שלום אין שטוב און מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן. עס דארף אייך נישט אנגיין וואס די משפחה האלט פון אייך; אז אייער מאן איז וואויל צו אייך זענט איר א געוואונער, פארשטייט זיך אז איינמאל עס וועט אייך נישט אנגיין וועט מען אייך נישט רופן מער מיט דעם טיטל וכו'.


איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס מערסטע וואס אייער מאן קען טון איז נאר איגנארירן, און איר פון אייער זייט קען נאר טון צו בעטן דעם אייבערשטן זאל אייך העלפן; עס בלייבט אייך אבער אויך איבער אן אנדערע זאך צו טון, דאס איז: "דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס פון אייער לעבן און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך". איך זע נישט קיין גזירה וואס איר דארפט מקבל זיין, איר דארפט מקבל זיין די טובות און דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אייך - באהבה; וויפיל פרויען וואלטן זיך געוואלט טוישן מיט אייער גזירה פון האבן א געטרייע מאן וואס העלפט און איז איבערגעגעבן?! וואס האט מען פון זיין חשוב ביי די משפחה? וואס איז דאס מעלה און וואס איז דאס מוריד?


הייבטס אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס וואס איר האט, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גוטס. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין זיין לעבן און דאך איז ער אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


מיט דעם טייטשט מוהרא"ש דעם פסוק (תהילים עם פירוש תהילות נתן, קאפיטל קלו): "הוֹדוּ לַה'" דאנקטס דעם אייבערשטן, "כִּי טוֹב", לויבטס דעם אייבערשטן אויף זיין גוטס, "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", - וועט ער מאכן נאך גוטס אויף אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייער וועגן.

#245 - ווי אזוי קען איך האבן א גוטע שלום בית?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אייער עבודת הקודש, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


יעצט צו מיין שאלה, גלייך נאך אונזער שבע ברכות האב איך צוליב געטון פאר מיין מאן און געגאנגען וואוינען נעבן זיינע עלטערן, וואס איז ווייט פון די שטאט וואו מיינע עלטערן וואוינען, מיר פרובירן זיך מכבד צו זיין איינער דעם צווייטן, אבער למעשה איז מיר זייער שווער.


ביי מיין שוויגער אינדערהיים איז נישטא קיין שלום בית ווי עס דארף צו זיין, מיין מאן איז קיינמאל נישט געגאנגען צו שלום בית שיעורים, און דעריבער ווייסט ער נאר וואס ער האט געזען ביי זיינע עלטערן, ער מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס, אבער אסאך מאל קען ער מיר זייער מצער זיין, און ער כאפט אפילו נישט וואס ער טוט.


פון די אנדערע זייט מישט זיך מיין שוויגער זייער שטארק אריין אין אונזער לעבן, זי הייסט אונז פונקטליך וואס מיר דארפן טון, און זי פארלאנגט מיר זאלן כסדר קומען צו איר. און ווען מיר גייען צו איר איז מיין מאן נאר פארנומען צו שמועסן מיט זיין מאמע, און קוקט בכלל נישט אויף מיין זייט. אפילו אינמיטן די וואך גייט ער אסאך צו זיין מאמע, און ער בלייבט דארט שמועסן מיט איר ביז שפעט ביינאכט. איך בין אינדערהיים און איך ווארט ער זאל שוין אהיימקומען, אבער איך מוז גיין שלאפן ווייל ס'ווערט שפעטער, און ווען ער קומט שוין ענדליך אהיים אזוי שפעט ביינאכט, האב איך שוין נישט קיין געפיל צו אים.


איין קרוב האב איך אין דעם שטאט, און מיר גייען אמאל צו יענעם, און ווען זיין מאמע ווערט געוואויר דערפון הויבט זי אן צו פארפירן פארוואס מיר קומען נישט ענדערש צו איר.


וואס קען איך טון צו האבן א גוטע שלום בית? וואס קען איך טון וועגן מיינע שוויגער-עלטערן וואס מישן זיך אזויפיל אריין? איך האב מורא אויף מיין צוקופנט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז עס נעמט צייט פאר א פרישע פארפאלק צו לעבן באהבה ואחוה, נאכדעם וואס דער מאן קומט פון זיין וועלט און די ווייב קומט פון א צווייטע וועלט. און זיי דארפן ארבעטן צווישן זיך צו קומען נענטער און נענטער און זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אז מען האט סבלנות און מען ווארט אויס איז מען זוכה נאכדעם צו א שיינע לעבן.


דאס אז אייער מאן לויפט שטענדיג צו זיינע עלטערן וכו'; דאס פאסירט זייער אסאך ביי א יונגע פארפאלק. אסאך מאל איז דער מאן דער וואס לויפט שטענדיג צוריק צו די עלטערן, ער שפירט זיך דארט בעסער, און אסאך מאל איז די ווייב די וואס לויפט שטענדיג צוריק צו אירע עלטערן ווייל דארט שפירט זי מער באקוועם וכו'; עס נעמט צייט ביז מען הייבט זיך אן צו באקענען איינער מיטן צווייטן און מען הייבט אן לעבן אן אפענעם לעבן.


אז אייער מאן איז אייך מצער דארפט איר זיין אפן מיט אים און אים זאגן אייער ווייטאג. די שליסל פאר שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן צווייטן, אז אייער מאן טוט אייך וויי, ער איז אייך מצער - זאלט איר אים שיינערהייט זאגן ווי שטארק עס באדערט אייך דאס וואס ער האט געטון. זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב און ווי שטארק איר ווילט זיין מיט אים, וועט ער זיכער אנהייבן אהיים צו קומען צייטליך. זאג אים ווי שטארק איר שעצט זיין כיבוד אב ואם, אז ער רעדט מיט זיינע עלטערן און גייט צו זיי, דאס איז זייער א גרויסע מצוה, אבער פון די אנדערע זייט זאלט איר אים שיינערהייט בעטן ער זאל אהיים קומען צייטליך, זאגטס אים אז איר ווילט נישט גיין שלאפן אליינס, איר ווילט ער זאל אהיים קומען אין צייט, וועט ער זיכער קומען צו אייך און זיין מיט אייך.


פרובירטס מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך און שטענדיג זאלט איר זיין גרייט פאר אייער מאן, איר זאלט אים שטענדיג אויפנעמען מיט א שמייכל, וועט זיין "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם (משלי כז, יט)", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז דער לעבן; אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען צוריק א זויערע פנים.


ועל כולם נעמטס די עצה פון הייליגן רבי'ן פון התבודדות, רעדטס זיך אויס אייער הארץ צום אייבערשטן און דערציילטס אים אלעס וואס באדערט אייך. בעטס אים עס זאל זיין ליבשאפט פון אייך צו אייער מאן און פון אים צו אייך, וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#244 - מיין ווייב איז מיר געווארן מיין פאליציאנט, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין געווארן א יתום זייענדיג זיבעצן יאר אלט, איך האב זיך אסאך געמוטשעט אלס בחור אליין, ביז איך בין ענדליך א חתן געווארן ביי די צוויי און צוואנציג, און איך האב חתונה געהאט ב"ה.


מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז מיר געווארן ממש ווי מיין מאמע, זי שטייט אויף מיין קאפ ווי א פאליציאנט און לאזט מיר ממש נישט אטעמען. זי פאלגט מיר נאך א גאנצן צייט, און דאס נעמט מיר צו די ישוב הדעת און די סיפוק פון לעבן.


איך בין שוין געווען ביי אסאך מענטשן, אבער קיינער האט מיר נישט געקענט העלפן. ס'איז מיר באמת זייער שווער, און איך דארף אויך חיזוק אויף אמונה און בטחון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז די ביסט זיך מחי' מיט די דיבורים פון הייליגן רבי'ן.


וויסן זאלסטו אז יעדע פרישע פארפאלק קריגן זיך אין אנהייב; עס איז נאך נישט געווען א פארפאלק וואס זאלן זיך נישט קריגן אין אנהייב נאך די חתונה. גלייך ווען די וועלט איז באשאפן געווארן, האבן זיך שוין די ערשטע פארפאלק - אדם און חוה – געקריגט, ווען חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי שוין געגעבן פאר אדם הראשון פון דעם סם המות; אזוי אויך זעען מיר ביי שרה אמנו אז זי האט געזאגט פאר אברהם (בראשית טז, ה): "חֲמָסִי עָלֶיךָ" וגו'; און פון דעמאלט איז דא קריגערייען צווישן מאן און ווייב.


רחל אמנו האט פארגעהאלטן יעקב אבינו, זי האט געשריגן אויף אים (בראשית ל, א-ב): "הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי", און יעקב האט איר גענטפערט: "הֲתַחַת אֱלֹהִים אָנֹכִי אֲשֶׁר מָנַע מִמֵּךְ פְּרִי בָטֶן" וגו'; אויך זעען מיר ביי דוד המלך ווי ער האט געליטן בזיונות פון זיין ווייב, זי האט אים מבזה געווען וכו' (עיין שמואל-ב ו, טז-כב), מיט דעם אלעם האבן זיי ווייטער געלעבט מיט א דביקות צום אייבערשטן, זיי האבן געקוקט מיט א גוט אויג אויף די ווייב און שטענדיג דן געווען די ווייב לכף זכות.


דו פון דיין זייט זאלסט זיך אויפפירן צו דיין ווייב מיט דרך ארץ אזוי ווי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך; רעדט צו איר שיין וועט זי זיך טוישן און זי וועט אויך רעדן שיין צו דיר. ווייז איר אז דו טראכסט פון איר, וועט זי זיך אטאמאטיש טוישן. און אפילו זי איז דיר מצער זאלסטו איר ווייטער מכבד זיין.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זי האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער עס אהיים ברענגען פאר איר.


א מענטש דארף שטענדיג געדענקען זיינע עבירות וואס ער האט געטון, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים נא, ה): "כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד"; מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים אז די ראשי תיבות פון: וְחַ'טָּאתִי נֶ'גְדִּי תָ'מִיד איז נוטריקון חת"ן; אויב א חתן גייט צו די חתונה געדענקענדיג שטענדיג וואס ער האט געטון אין לעבן וועט ער האבן אלעס גוטס, עס וועט זיין: כִּ'י לַ'ה' הַ'מְּלוּכָה, וואס איז נוטריקון כל"ה; ווען דער חתן געדענקט שטענדיג וואס ער האט געטון, ער וויינט צום אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, וואס האב איך געטון? אלע נארישקייטן, זיי מיר מוחל וכו' וכו'", דעמאלט וועט ער האבן א גוטע כלה און אלעס וועט זיין מסודר - כִּי לַה' הַמְּלוּכָה.


דו פרעגסט צי איך קען דיר העלפן; איך קען דיר מחזק זיין און זאגן וואס איך טו ווען איך דארף הילף. איך גיי צום אייבערשטן און איך בעט אים אויף וואס איך דארף און דער אייבערשטער העלפט מיר. אזוי זאלסטו אויך טון, גיי יעדן טאג אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס אויס דיין הארץ פאר'ן אייבערשטן; קודם דאנק אים פאר דיין לעבן, פאר דיין ווייב און פאר אלעס און בעט אים עס זאל זיין צווישן אייך פארשטאנד און ליבשאפט - וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#243 - וואס טוט מען ווען מ'שפירט נישט קיין נאנטשאפט צום מאן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי און איך בין זיך מחיה מיט די שיעורים, יישר כח.


איך האב ב"ה א גוט לעבן, איך שפיר אבער נישט קיין נאנטשאפט צו מיין מאן, איך שפיר נישט בכלל אז ס'פעלט מיר אויס צו האבן א מאן, וואס קען מען טון דערצו?


איך האב רחמנות אויף מיין מאן וואס ער דארף יא האבן א פרוי. און אפשר ווייל איך האב נישט קיין מוט און געדולד צו אים, דעריבער קען ער זיך נישט היטן די אויגן אויפ'ן גאס, אפילו ווען איך גיי צוזאמען מיט אים אויפ'ן גאס קען ער נישט אכטונג געבן וואו ער קוקט.


ווי אזוי קען איך אים פרייליך מאכן, אין די צייט וואס איך שפיר בכלל נישט קיין נייגונג צו א מאן? נאר ממש צומאל אין א שטיק צייט וואס איך שפיר אז איך דארף אים האבן? איך האב באמת רחמנות אויף אים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר'ן מאן וכו'; דא רעדט מען פון א פרוי וואס גייט אנטקעגן איר אייגענע ווילן אבי צו טון די רצון פון איר מאן.


ווען א פרוי שטעלט זיך צו צו איר מאן נאר ווען עס איז גוט פאר איר, נאר ווען זי האט הנאה פון דעם און נאר ווען עס קומט איר גוט אויס וכו' וכו' - באקומט זי נאך נישט דעם טיטל: "אִשָׁה כְּשֵׁרָה הָעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווייל זי טוט נישט רצון בעלה, נאר זי טוט איר אייגענע ווילן, זי אליינס וויל לעבן מיט אים וכו'; אבער ווען א פרוי קוקט נישט אויף זיך און טראכט נישט פון זיך, נאר זי גייט אנטקעגן איר ווילן אבי פרייליך צו מאכן איר מאן, זי טראכט: 'ווי אזוי קען איך זיין גרייט פאר מיין מאן וכו'?' דאן איז זי אן 'אִשָׁה כְּשֵׁרָה'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די ערליכע פרויען וואס געבן זיך אינגאנצן אוועק פאר'ן אייבערשטן, זיי געבן אוועק זייער לעבן אויפצושטעלן אידישע דורות מיט מסירות נפש ממש, אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים און אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם לאנגן גלות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז בזכות די ערליכע פרויען זענען די אידן ארויס פון מצרים; ווען פרעה האט געמאכט ארבעטן שווער די אידן בשעת מען איז געווען פארשקלאפט און פארפלאגט אונטער די מצריים, מען האט געארבעט ביטער שווער און די מענער זענען נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט און געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן מיט ליבשאפט און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', - אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני.


אזוי אויך זאגן אונז די הייליגע חכמים (ילקוט רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְּאָלִין אֶלָא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר. משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סוטה יא:): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים און בזכות זיי וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות; די פרויען וואס לייגן אלעס אין דער זייט ווען עס קומט צו טון דעם רצון ה', זיי העלפן זייערע מענער און צוען אויף די קינדער - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך אז עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן. איר שרייבט אז איר האט רחמנות אויף אייער מאן; עס וואונדערט מיר פארוואס איר זארגט נישט אויף אייך, דער רחמנות איז אויף אייך, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן אויף זיך אליינס אז איר זאלט זיין געזונט און וועלן לעבן מיט א מאן אזוי ווי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און אזוי ווי די גאנצע וועלט לעבט. בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך אז עס זאל אריין גיין א ליבשאפט אין אייך צו אייער מאן, איר זאלט שפירן ווי איר זענט איין מענטש. מאן און ווייב דארפן שפירן צווישן זיך ווי מען איז איין מענטש, און אזוי ווי עס איז נישט שייך די רעכטע האנט זאל זיך גרויסן אויף די לינקע און די לינקע האנט זאל זיך גרויסן אויף די רעכטע האנט, און אזוי ווי די רעכטע האנט זאגט נישט: 'איך דארף נישט מיין לינקע האנט וכו'', אזוי איז נישט שייך אז מאן און ווייב זאלן זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן.


אז איר וועט לעבן מיט אייער מאן אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט און איר וועט זיין שטענדיג גרייט פאר אים וועט איר זוכה זיין צו בנים צדיקים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן און זענען מבטיח פאר א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן; נישט נאר זי דריידט זיך נישט ארויס פון אים מיט תירוצים וכו' נאר זי וויל זיין מיט'ן מאן וכו' - וועט זי זוכה זיין צו האבן אזעלכע וואוילע קינדער, וואס אפילו אין די צייטן פון משה רבינו איז נישט געווען אזעלכע צדיקים (עירובין ק:).

#242 - ווי אזוי ווער איך פטור פון מיין סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל יישר כח פאר די שיינע שיעורים, ס'געבט מיר חיזוק אויף א גאנצן טאג.


איך בין א אינגערמאן, עטליכע יאר נאך די חתונה ב"ה, מיט עטליכע זיסע קינדערלעך ב"ה. לעצטנס האב איך געקויפט א סמארפאון, עס איז געפילטערט און איך נוץ נאר אין שטוב, און אויך מיין ווייב האט ליב זיך צו שפילן דערמיט צו קוקן נייעס, און איך האב עס אויך גענוצט נאר פאר דעם צו קוקן נייעס.


דערנאך האב איך אבער געטראפן א וועג ווי אזוי אויסצוקרויזן דעם פילטער, און אנגעקומען צו די ערגסטע שמוציגע מאוויס, און איך פאל ליידער אסאך דורך. איך ווייס אז איר גייט מיר זאגן איך זאל אוועקווארפן דעם פאון, אבער קודם איז עס נישט גרינג צו טון סתם אזוי, און צווייטנס ווייס איך נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב, פארוואס וויל איך עס אוועקווארפן? זאל איך דערציילן אז ווען זי איז נישט אין שטוב נוץ איך עס פאר די ערגסטע, און עס ברענגט מיר צו פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן?! זי ווייסט דאך אז עס איז געפילטערט.


און דאס ערגסטע איז אז איך שפיר אז עס נעמט אוועק פון מיר די ליבשאפט צו מיין ווייב. ביטע ראטעוועט מיר!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א ביטערע צרה וואס רופט זיך "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך מענטשן. זייער אסאך זענען אינגאנצן אוועקגעפאלן פון דרך התורה דורך די צרה און אסאך אידישע שטובער זענען צעפאלן פון דעם, ווייל ווי נאר מען היט זיך נישט די אויגן, מען איז מטמא די אויגן - ברענגט דאס אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות.


אז מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען די אמונה, מען הייבט אן האבן קשיות אויף די אמונה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט:): "שִׁמְשׁוֹן הָלַךְ אַחַר עֵינָיו", שמשון האט זיך נישט געהיטן די אויגן, "לְפִיכָךְ נִקְּרוּ פְּלִשְׁתִּים אֶת עֵינָיו", דערפאר האבן די אראבער אויסגעשטאכן זיי אויגן; ווען מען היט זיך נישט די אויגן ווערן די אויגן אויסגעשטאכן פון די קליפות. זיי פארשטעלן דעם אלוקות און מען זעט נישט מער קיין געטליכקייט, עס ווערט טינקל אין די אויגן און מען פארלירט די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


זיי מיר מוחל, איך פארשטיי נישט דיין פראגע; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון מיט דיין טעלעפאן וואס איז אפן צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו? וואס איז דיין פראגע בכלל?! דו אליינס שרייבסט דאך אז זייט דו קוקסט עבירות שאדט דאס צו דיין שלום בית, עס נעמט אוועק פון די ריינקייט אין שטוב. דיין קאפ ליגט נעבעך אין עפעס אנדערש רחמנא לצלן, דעמאלט וואס איז בכלל דיין שאלה? פארוואס זאלסטו האלטן אין טאש א זאך וואס מאכט קאליע דיין אייביגע לעבן, דיין שלום בית, דיין פרנסה וכו'? אז דו וועסט ווייטער קוקן עבירות וועסטו אלעס פארלירן, דו וועסט זיך גט'ן און בלייבן אן גארנישט.


מיר דארפן וויינען און קלאגן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל קוקן וואו מען ליגט און וואס מען קוקט רחמנא לצלן. יעדע נאכט ביי חצות וויינען מיר אויפ'ן חורבן (איכה א, טז): "עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה", אויף דעם וויין איך רבונו של עולם, "עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם", אויף מיינע אויגן וואס איך היט נישט; איך קוק עבירות, וואס דאס איז גורם: "כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי", אז איך זאל זיך דערווייטערן פונעם צדיק וואס ער איז: "מֵשִׁיב נַפְשִׁי", און איך פאל אראפ אין פגם הברית. "הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים", איך זינדיג בהוצאת זרע לבטלה, "כִּי גָבַר אוֹיֵב", ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר; אלעס צוליב: "עֵינִי עֵינִי", אז מיינע אויגן זענען נישט ריין.


ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן דאס געהאט אין זייער דור וואלטן זיי דאס נישט אויסגעהאלטן; דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער האט ער היינט א גרינגע וועג, מען שאפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה און מען דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ. מען זיצט ביי זיך באהאלטן און מען קוקט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן - אזוי ווי דו שרייבסט, השם ישמרינו. אין אנהייב זעט עס אויס זייער גוט, עס ציט זייער שטארק, עס גלאנצט און עס שמייכלט צום מענטש, אבער ווען מען בייסט אריין אין דעם, מען קוקט עבירות, ווערט מען זייער צעקלאפט און צעבראכן, ווייל פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה מאכט דעם מענטש דעפרעסט און מרה שחורה'דיג.


ווארף אוועק דיין טעלעפאן ווי פריער; וואס מיינסטו, דיין ווייב איז טאקע אזא נאר? דו מיינסט אז זי ווייסט נישט וואס דו קוקסט? זי ווייסט זייער גוט ווער דו ביסט, זי שפילט מיט דיר א שפיל, זי שטעלט א פנים ווי זי ווייסט גארנישט, ווען באמת ווייסט זי גאר גוט ווער דו ביסט; עס איז נישט דא קיינער וואס קען דעם מענטש אזוי גוט ווי די אייגענע ווייב.


הדבר הראשון זאלסטו עס ארויס ווארפן פון שטוב, ברענג נישט אריין קיין כלי שופכין אין שטוב. נאכדעם צווייטנס, זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס עצות. נעם א משניות און א גמרא הייב אן לערנען אין שטוב ביינאכט אויפן קול פרקים משניות און דפים גמרא, גמרא האט א כח אז עס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


זאג פאר דיין ווייב אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער, דעריבער האסטו אפגעמאכט אז דו ברענגסט מער נישט אריין א סמארטפאון אין שטוב; דו האסט זיך בארעכנט צו פאלגן וואס די רבנים זאגן.


מיין נישט אז דו וועסט נישט האבן ווייטער די נסיון; עס גייט נישט אזוי גרינג זיך ארויס צו רייסן פון דעם, בפרט ווען מען האט שוין געקוקט און געזען וכו', וכו' - שפירט מען כסדר ווי מען וויל צוריק לויפן צו דעם, זאלסטו זיין שטארק אין לימוד התורה וועט דיר דאס היטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרַע וּבָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט מען תורה פאלט מען נישט אריין אין זיינע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#241 - מיין מאן פארברענגט אסאך מיט זיין ניכטע, וואס קען איך טון דערצו?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי און איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים, איך באקום אסאך חיזוק און עצות דערפון, יישר כח.


איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר יאר, מיר האבן שוין ב"ה עטליכע קינדער, און מיר האבן ב"ה א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן אז אלעס זאל גוט און פרייליך ביי אונז אין שטוב.


איך האב אבער א שווערע פראבלעם וואס איך גיי דורך שוין זייט מיין חתונה, און איך האף אז איר וועט מיר קענען העלפן מיט דעם. מיין מאן האט א ניכטע [niece] מיט וועמען ער איז געווען זייער  נאנט, אזוי ווייט אז זיי פלעגן פארברענגען און שמועסן אינאיינעם פאר גאר אסאך שעות. אויך נאך אונזער חתונה האט ער ווייטער אנגעהאלטן די פריינטשאפט מיט איר.


דערווייל האב איך זיך אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט פון דעם, ביז ס'איז געקומען צו א פונקט אז איך האב זיך שוין נישט געקענט באהערשן, איך האב אויסגעפלאצט און איר אנגעשריבן ברבים, און דאן איז די גאנצע פאמיליע געוואויר געווארן איבער די זאך.


למעשה אבער, אנשטאט מ'זאל איר אויפקלערן אז זי טוט נישט ריכטיג, האט מען גאר אנגעהויבן זיך אננעמען פאר איר. זי איז א באליבטע אייניקל, און איך בין בלויז א שניר. אירע עלטערן זענען גאר געווארן ברוגז אויף מיר פאר'ן איר חושד זיין אויף שלעכטע זאכן, און זיי האבן אנגעהויבן האבן קאלטע באציאונגען מיט מיר.


איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע דעפרעסיע, ס'איז שיעור אנגעקומען ביז א גט. מיט די צייט האט זי חתונה געהאט, און די גאנצע זאך האט זיך אויפגעהערט ברוך ה'. די גוטע צייטן האבן אבער נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג, ווייל יעצט, צוויי יאר נאך איר חתונה, האט זי ווידער אנגעהויבן מיט די זעלבע זאכן ווי פריער מיט א פרישקייט.


איך בין אינגאנצן צעבראכן און צעקלאפט, איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס. און יעצט מוז איך שוין אויך גיין מער צו מיין שוויגער צוליב מיינע קינדער וואס דארפן גיין צו די זיידע און באבע, און זי איז אסאך דארטן, און איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטון אויף דער וועלט.


איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם פלאנטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט אלע אייערע גערעכטע טענות וואס איר האט אויף אייער מאן דארפט איר וויסן דעם הקדמה אין לעבן, אז דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן. אז עס טוט וויי פאר'ן מאן עפעס פון די ווייב אדער עס טוט וויי פאר די פרוי עפעס פון איר מאן - דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן.


אויב מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף - איז זייער ביטער ביים סוף; ווייל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, ווערט ער מיט די צייט אנגעגעסן אין זיך וכו', דאס ליבשאפט פון איינער צום צווייטן ווערט אפגעקילט און אויסגעלאשן און ווען מען קען דאס מער נישט נעמען און עס פלאצט אויס - איז זייער נישט גוט; אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער נאר ווייל מען האט נישט גערעדט. מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן ביז מען האט שוין נישט געקענט מער און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפ'ן צווייטן. אזוי ווי איר שרייבט אז איר האט אים פארשעמט ברבים וואס דעמאלט האט זיך די משפחה אריין געמישט וכו' און ער איז אריין געפאלן אין א דעפרעסיע השם ישמרינו.


נעמט די עצה פון רעדן וועט איר זען ווי איר וועט געהאלפן ווערן; רעדטס שיין צו אייער מאן, זאגטס אים ווי שטארק עס טוט אייך וויי ווען ער פארברענגט מיט איר, פארציילטס אים אז איר קענט דאס נישט נעמען, דאס שטערט אייך און שוואכט אפ אייער קשר מיט אים, זאגטס אים: "ענדערש פארברענג מיט מיר, שמועס מיט מיר ביז פיר אזייגער פארטאגס"; פרעגטס אים: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט מיט מיר פארברענגען?" וועט איר זען ווי ער וועט אפלאזן וכו'.


ווען איר דערציילט אים וואס שטערט אייך זאלט איר נישט זוכן אים אראפ צו קלאפן און צו באשולדיגן, איר זאלט בעיקר ארויס ברענגען אז דאס שטערט אייך און אז דאס נעמט אייך אוועק אייער שלאף, אייער קאפ און מח, וועט איר זען ווי ער וועט אלעס טון פאר אייך און ער וועט נישט רעדן מער מיט איר.


איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט אייער מאן נאכאמאל, איר וועט רעדן מיט אים שיינע דיבורים מיט חכמה, וועט איר מצליח זיין. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, דער פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות. אנשטאט זיך טענה'ן מיטן מאן, אנשטאט זיך קריגן מיט אים, קען מען דאס טון מיט חכמה; אז מען געבט דעם מאן ליבשאפט, מען רעדט שיין צו אים, וועט ער פון זיך אליינס זיין גוט און וואויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#240 - מיין ווייב זאל נאר נישט געוואויר ווערן וואס איך טו
שלום בית, קדושה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באלאנג נישט אין ברסלב, אבער ס'געפעלט מיר זייער דער ברסלב'ער דרך, און דעריבער וויל איך בעטן הדרכה און עצות פונעם ברסלב'ן וועג.


איך פאל אסאך דורך אין עניני קדושה, און איך שפיר אז איך קען נישט און איך טאר דאס נישט האלטן בסוד פון מיין ווייב. איך ווייס אבער אז ווי נאר זי וועט געוואויר ווערן וואס טוט זיך מיט מיר, בין איך א פארלוירענער. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו תשובה ווייל אז נישט וועט זיין דער סוף זייער ביטער; מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מען זעט ממש בחוש וואס דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי דער סוף פונעם בעל עבירה איז אז ער ווערט פארשעמט פאר די גאנצע וועלט און מען בלייבט אן גארנישט. דער רבי האט אמאל חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן שד): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר: 'שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן', וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן אז ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דרייט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, טו תשובה, לאז אפ די עבירות און בעט איבער דעם אייבערשטן - וועט ער דיר מוחל זיין, ווארט נישט קיין איין מינוט ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט מיט א ביטערע עונש.


האב שכל און דערצייל גארנישט דיין ווייב, אבער טו תשובה; אז דו וועסט אפלאזן די שלעכטע מעשים וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#239 - זאל איך לאזן מיין בחור דרייוון א מאטאר ביציקל?
שלום בית, חינוך הילדים, סכנה, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פיינער בחור, בערך 18 יאר אלט, ער לערנט אין ישיבה אבער ער דרייווט אויך אין זייטיגע צייטן. יעצט וויל ער זייער שטארק נעמען לייסענס אויך צו דרייוון א מאטאר-סייקל, מיין ווייב האט נישט קיין חשק דערצו, איך האלט אבער אז א בחור דארף זיך קענען אביסל אויסגעבן.


מיר ווילן וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט מיט דעם וואס זי וויל נישט אז דיין זון זאל פירן א מאטאר-סייקל, דאס איז א סכנה נוראה; מוהרא"ש איז געווען זייער אנטקעגן דרייוון א מאטאר-סייקל, וואס פעלט דיר אויס אריין צו לייגן דיין קינד אין סכנה'דיגע זאכן?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא – גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אז דיין ווייב איז קליינטשיג בייג זיך אראפ צו איר אויסהערן וואס זי זאגט; אז דו וועסט צו הערן דיין ווייב וועסטו מצליח זיין און האבן נחת פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין בחור און אים חתונה מאכן וואס פריער און שעפן נחת פון אלע קינדער.

#238 - מיין ווייב רעדט צופיל מיט איר שוועסטער
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א גוט לעבן, א שיינע פרנסה, אן אייגענע הויז, און א ווייב און קינדער, און איך בין זייער דאנקבאר צום אייבערשטן אויף דעם.


עס איז אבער דא איין זאך וואס שטערט מיר זייער אין מיין שלום בית. מיין ווייב איז זייער אסאך פארנומען צו רעדן מיט איר שוועסטער, ווען זי רעדט ווען סתם זיך אויסצולופטערן וואלט מיר עס נישט געשטערט, אבער איך שפיר אז זי האט גענומען איר שוועסטער פאר א מאן, יעדע זאך פרעגט זי איר שוועסטער וואס צו טון, אנשטאט מיר צו פרעגן, און ווען זי פרעגט מיר שוין יא אמאל, איז עס נאר יוצא צו זיין, ווייל זי האט נישט קיין ברירה.


בכלל זע איך אויף מיין ווייב אז האט נישט קיין כח און נערווען צו פירן א שטוב, זי האט נישט קיין געדולד צו די קינדער און צו די שטוב, ס'איז איר צופיל פרעשור צו טראגן די אחריות פון פירן א שטוב.


איך האף איר וועט מיר קענען העלפן, און נעמט אויך אין אכט אז מיין ווייב וועט נישט וועלן הערן דעם ענטפער, זי וויל נישט הערן פון ברסלב, אבער אפשר איז דא א וועג פון מיין זייט אליין ווי אזוי צו פארבעסערן דעם מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער יסוד היסודות אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן, דאן איז זייער ביטער.


אז דו ווילסט דיין ווייב זאל זיך רעכענען מיט דיר, זי זאל דיר שעצן און אננעמען דיין ווארט - ווענדט זיך דאס אין דיר, דאס ווענדט זיך ווי אזוי דו פירסט זיך מיט איר. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכל'דיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז'דיגע פנים; אזוי אויך איז מיט די ווייב, ווען דו וועסט שיין רעדן צו דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער וועט זי צוריק רעדן צו דיר שיין און זי וועט דיר געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער. אזוי אויך אז דו וועסט איר העלפן אין שטוב וועט זי זען אז דו האסט א געפיל פאר איר און דאס וועט ענק מאכן נאנט איינער מיטן צווייטן. רעד שיין צו דיין ווייב און געב איר גוטע ווערטער, וועט זי דיר ליב האבן און זי וועט אננעמען דיין מיינונג.


אז דיין ווייב האט נישט קיין כח צו פירן די שטוב זאלסטו איר העלפן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן די ווייב מיט די קינדער. זוך דיר נישט קיין גמילות חסדים אינדרויסן, ענדערש זאלסטו איר העלפן וועסטו פארדינען סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; אויף די וועלט וועסטו האבן א געזונטע ווייב מיט געזונטע קינדער און אויף יענע וועלט איז זייער חשוב דער וואס ציעט אויף א שטוב מיט ערליכע קינדער.


רעד נישט צו איר פון ברסלב; דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט: "וואס גייט מיר אן אז א איד וועט בענטשן אן ערליכן ברכת המזון אן וויסן אז עס קומט פון מיר"; רעדט צו איר די חיזוק פון רבי'ן אן דעם רבי'נס נאמען, זאג: "צדיקים זאגן", אדער: "עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים"; וועט זי דאס אננעמען און שפעטער וועט זיך אלעס טוישן.


נעם אריין אין דיר דעם מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַּחְבּוּלָה", סבלנות איז דער וועג ווען מען האט נישט קיין שום אנדערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#237 - ווי אזוי מאך איך אז מיין ווייב זאל זיך בעסער אהערשטעלן?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שטארקע חיזוק וואס איך באקום כסדר.


איך לעב ב"ה זייער שיין מיט מיין ווייב, מיר האבן א גוטע שלום בית, זי וויל זיך אבער נישט אנטון אינדערהיים לויט מיין געשמאק, איז שייך עפעס צו טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרי ואשרי חלקך אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רועט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה. ווידעראום פאקערט, אז מען קריגט זיך דאן פארטרייבט מען די שכינה און אנשטאט די שכינה קומט דער שטן השם ישמרינו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן השם ישמרינו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו פארשטייסט זיך מיט איר און דו לעבסט שיין מיט איר; מאך נישט קיין עסק פון וכו', חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תיקוני זוהר, תיקון כא, דף ס:): "וּבְנֵי נָשָׁא דְאִינוּן שַׁטְיָין מִסְתַּכְּלִין בִּלְבוּשָׁא", נארישע מענשן קוקן אויף די לבוש מיט וואס דער מענטש איז אנגעטון, "אֲבָל פִּקְחָא חַכִּימָא אִסְתַּכַּל מִלְּגָאו", אבער א חכם קוקט נישט אויפ'ן לבוש, ער קוקט אויף די זאך אליינס.


נעם אריין אין דיר וואס רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט, און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא, און מען קען עס באקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


 

#236 - איך ארבעט אזוי סאך, איך קען ממש נישט אטעמען, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק יומי, מיין טאג הויבט זיך אן גאר אנדערש נאכ'ן הערן די טעגליכע חיזוק, און פרוביר אז ס'זאל נישט בלייבן נאר ביים הערן, נאר אויך צו "גיין" און לעבן מיט דעם.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האלט שוין ב"ה ביים ענדיגן די דריטע מאל ששה סדרי משנה, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, גמרא, און שלחן ערוך. אבער פון די אנדערע זייט איז מיר זייער שווער צוליב מיין ארבעט.


איך ארבעט גאר אסאך שעות יעדן טאג, ממש פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך האב בכלל נישט ליב די ארבעט וואס איך טו, אבער נאר דאס האב איך יעצט. און דאס גייט אסאך סיי אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער וואס איך האב נישט גענוג צייט פאר זיי, און סיי אויפ'ן חשבון פון לערנען, אז איך קום נישט אן צו לערנען מיינע לימודים געהעריג יעדן טאג. איך בין מתפלל אסאך צום אייבערשטן ס'זאל מיר אונטערקומען א בעסערע פרנסה, ווייניגער שעות מיט מער געלט, אבער דערווייל איז מיר זייער שווער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עפעס עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און זיין פרייליך, ווייל שמחה איז מסוגל אויף פרנסה בניקל, אזוי ווי מען זעט אז דער שם פון פרנסה 'חַתָּ"ךְ' וואס איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'", איז אויך די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


וויסן זאלסטו אז פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם צוגלייך, און דאס וואס מען זעט אז איינער ארבעט שווערער פונעם צווייטן - איז ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; די ארימעלייט האבן געוויסט פון דעם גרויסן עושר דער נדיב לב וואס טיילט מיט א ברייט הארץ צדקה, מען פלעגט קומען צו אים און ער פלעגט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א געשמאקע סעודה און צוגעבן א שיינע סכום געלט.


ויהי היום עס איז געווען אן ארימאן וואס האט געהערט אז אין דעם געוויסן שטאט וואוינט דער גוטהארציגער עושר, איז ער אהין געפארן אבער צו זיין מזל האט ער זיך טועה געווען און ער איז אנגעקומען צו דעם עושר דעם קמצן אין אים געבעטן צדקה, האט אים דער קמצן געענטפערט: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך און ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - זאגנדיג: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; האט ער אריינגעקלאפט און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הייסט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט אז דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם עסן און געלט אומזיסט, אבער אז מען זינדיגט דארף מען ארבעטן אפצוקומען דאס וואס מען האט שלעכטס געטון. דאס האט מען געזאגט פאר דעם ארימאן: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


גיי צום אייבערשטן און רעד מיט אים יעדן טאג אפאר מינוט, זאלסט אים בעטן עס זאל דיר אנקומען גרינג דיין פרנסה און דו זאלסט זיך נישט דארפן אזויפיל מוטשען, ווייל מיט תפילה קען מען אלצדינג באקומען. זאלסט נישט אויפהערן צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט א גרינגערע פרנסה, בעט אים: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה וואס איך זאל אויך האבן צייט צו לערנען, דאווענען און פארברענגען מיט מיין ווייב און קינדער", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן א נס און דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


שטארק זיך אין אמונה וועט דיר אנקומען דיין פרנסה אסאך גרינגער, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ממון, סימן פג): "אֱמוּנָה הוּא טוֹב לְפַרְנָסָה", אז מען האט אמונה האט מען פרנסה; נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער און דיין פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#235 - וואס טו איך אז מיין ווייב שעצט נישט מיין שווערע ארבעט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס געבט מיר אסאך כח צו קענען אנגיין אינעם טאג טעגליכן לעבן.


איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט צוועלף שעה א טאג, זעכציג שעה א וואך, צו קענען אהיימברענגען פרנסה, און אויסער דעם פרוביר איך אויך צו העלפן אינדערהיים מיט די קינדער און מיט אלעס ארום, מער פון וויפיל איך קען.


למעשה שפיר איך אבער ווי איך באקום צוריק בלויז א שטויס פון מיין ווייב, ווי אזוי קען איך ווייטער אזוי אנגיין?


יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", 'זָכָה' איז דער מענטש זוכה - 'עוֹזַרְתּוֹ', קריגט ער א העלפער, 'לֹא זָכָה' איז ער נישט זוכה - 'כְּנֶגְדּוֹ', קריגט ער א פרוי וואס גייט פארקערט פון אים; זעט מען פון דעם אז אלעס איז אנגעהאנגען אינעם מאן, אויב דער מאן טוט תשובה איז ער זוכה אז די ווייב העלפט אים, זי ווערט אים אן 'עוזרת', אבער אז מען טוט נישט תשובה דעמאלט איז זי אנטקעגן אים (ווי דו רופסט דאס - כאפט מען פונעם ווייב א שטויס), ווייל זי איז א חלק פון דיר, א ביין פיינע דיינע ביינער.


דער הייליגער בעל שם טוב האט אונז מגלה געווען אז ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן יסורים פון זיינע קינדער; אויב זינדיגט ער 'בדיבור', ער רעדט וואס מען טאר נישט דעמאלט וועט ער ליידן פון זיין ווייב, און אויב מען זינדיגט 'במעשה', דעמאלט ליידט מען פון מענטשן. דערפאר ווען א מענטש זעט אז ער ליידט פון זיינע קינדער, פון זיין ווייב און פון מענטשן, דארף ער גלייך תשובה טון אויף וואס ער האט געזינדיגט במחשבה, דיבור ומעשה, דורכדעם וועט אוועק גיין פון אים אלע צרות און ער וועט מער נישט ליידן קיין יסורים.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט האבן סבלנות ווייטער צו העלפן אין שטוב מיט וואס עס פעלט אויס. אפילו עס קומט דיר אן זייער שווער ווייל דיין ווייב אנערקענט נישט וואס דו טוסט, דאך זאלסטו ווייטער העלפן. דער הייליגער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס איז אזויפיל שכר באקומט מען; זאלסטו זיך צוריק האלטן פון ענטפערן און פון זיך קריגן וועסטו זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי דיר, דו וועסט האבן פרנסה בריווח און זוכה זיין צו אלעס גוטס.


האב סבלנות און פיר זיך ווייטער צו איר מיט ליבשאפט, אפילו זי איז דיר מצער. קוק ווי אזוי אונזערע חכמים האבן זיך געפירט מיט זייערע ווייבער, דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר. ווען רב האט געזען ווי זיין רבי טראגט אהיים שיינע זאכן פאר זיין ווייב האט ער אים געפרעגט: "רבי איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגט דער רבי איר גוטע זאכן, זי איז דאך מצער דעם רבי'ן?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו העלפן און עס זאל זיין ביי דיר נאר שלום.

#234 - ווי אזוי מאך איך מיין מאן זיין ערליך און וואויל?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און חיזוקים, א גרויסן יישר כח.


שוין א לענגערע צייט וואס מיין מאן גייט נישט דאווענען מעריב, ער קומט צוריק נאכמיטאג פון די ארבעט, און ער בלייבט אינדערהיים ביז אינדערפרי, און דאס טוט מיר זייער וויי. אויך גייט ער שוין בכלל נישט אין מקוה אינדערפרי, און איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך אים זאגן און מעורר זיין אויף דעם?


איך וויל אים נישט מצער זיין און צעברעכן, איך וויל אים נאר מחזק זיין, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון אויף א ריכטיגער וועג.


איך האף אז איר האט אן עצה פאר מיר, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל האט א מאן נישט ליב ווען מען הייסט אים וואס צו טון; א מאן האט נישט ליב ווען זיין ווייב ווערט אים ווי א משגיח און זיי הייבט אים אן זאגן: "גיי דאווענען", "גיי אין מקוה", "פארוואס לערנסטו נישט?" ער האט דאס שוין געהערט גענוג און נאך אין ישיבה.


דא דארף מען נוצן חכמה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס הייסט א קלוגע פרוי, ווידעראום א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי; א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז ער וועט זיך טוישן צום גוטן. ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


די קלוגע וועג איז: "סבלנות"; די קלוגע וועג איז נישט זאגן וואס צו טון נאר ארויסברענגען די גוטע געפילן וואס מען באקומט ווען מען טוט דאס און דאס. אנשטאט זאגן: "גיי דאוון מעריב", "גיי אין מקוה", "גיי לערן", קען מען זאגן ווען מען זעט אים לערנען אדער דאווענען: "איך האב אזוי ליב ווען דו לערנסט", "איך פריי זיך אז דו גייסט דאווענען", "איך קוק ארויף אויף דעם וואס דו שטרענגסט זיך אן צו גיין דאווענען"; אויף דעם וועג מעג מען רעדן און אויף דעם וועג וועט איר פועל'ן.


אלעס וואס איר ווילט פועל'ן וועט איר נאר קענען פועל'ן כל זמן איר וועט אים ווייטער ליב האבן, עס טאר נישט ווערן אפגעקילט דאס ליבשאפט, ווייל אויב עס ווערט אפגעקילט דאס ליבשאפט דעמאלט קען מען שוין גארנישט פועל'ן.


בעט'ס דעם אייבערשטער עס זאל אריין גיין א הייליקייט אין אים; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט שטייט'ס ביי די ליכט, לייגט'ס ארויף די הענט אויפ'ן פנים און בעט'ס און וויינט'ס צום אייבערשטן אויף אייער שלום בית, בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען געבן ליבשאפט פאר מיין מאן און מיין מאן זאל מיר געבן ליבשאפט; העלף אונז מיר זאלן לעבן מיט אהבה ושלום. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין א איד; ער זאל דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, ער זאל לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה אזוי וועלן מיר קענען צוזאמען אויפשטעלן א ערליכע שטוב; העלף אונז הייליגער באשעפער מיר זאלן זוכה זיין צו ערליכע קינדער"; און לייגטס צו אייערע אייגענע תפילות, ווייל יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און אייערע קינדער וכו' גייט ארויף צום אייבערשטן און מען זעט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#233 - מיין מאן פארברענגט צופיל מיט זיין מאמע, וואס טו איך?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א גוט לעבן, און איך בין זייער דאנקבאר דעם אייבערשטן אויף דעם, עס שטערט מיר אבער זייער שטארק איין זאך.


ווען מיר גייען צו מיין מאנ'ס עלטערן, ווערט ער ממש אן אנדערער מענטש, ער איז פארנומען צו שמועסן מיט זיין מאמע פאר לאנגע שעות, און ער פארגעסט פון מיר אינגאנצן. ער נעמט זייער ערנסט כיבוד אם, און די גאנצע וועלט איז דעמאלט ווי געשטארבן.


איך פארשטיי אז ער וויל פארברענגען מיט זיין מאמע, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, און ס'מאכט אויך איך זאל זיך דערווייטערן פון מיין שוויגער. זיי שמועסן פון פאליטיק און אנדערע זאכן וואס איז בכלל נישט אינטערעסאנט פאר מיר, און איך קען אפילו נישט מיטהאלטן די שמועס.


איך וויל וויסן אויב איך מעג פאדערן פון מיין מאן נישט צו זיין דארט אזוי לאנג, אדער איז ער גערעכט און איך קען אים גארנישט זאגן? און בכלל האב איך נישט ליב צו גיין אהין, ווייל מיין מאן איז דער יונגסטער און איך האב נישט מיט וועמען צו רעדן דארט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן וואס איז מכבד זיינע עלטערן, ער נעמט אזוי ערנסט די מצוה פון 'כיבוד אב ואם' אז די גאנצע וועלט איז ביי אים ווי געשטארבן וכו'; אין דעם זכות וועט איר אויך זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן אייך מכבד זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער צוריק צו אים, און נאך פיל מער ביי א גוטע זאך.


עס דארף אייך נישט שטערן די זאך; הלואי זאלן אלע זיין אזוי ווי אייער מאן וואס געבט כבוד פאר טאטע מאמע. ליידער ליידער זעט מען אסאך יונגעלייט און ווייבער וואס קוקן נישט אויף זייערע עלטערן און זיי גייען נישט אריבער באזוכן מזמן לזמן, זיי רופן נישט וכו', זיי פארגעסן אינגאנצן פון די עלטערן, און אפילו ווען זיי גייען שוין יא אריבער צו די עלטערן פירן זיי זיך נישט אויף מיט דרך ארץ.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט די יונגסטע אין די משפחה און איר האט נישט מיט וועם צו שמועסן וכו'; זאלט איר דאס זאגן פאר אייער מאן און אים בעטן אז ער זאל מיט חכמה שמועסן אזעלכע זאכן אין וואס איר קענט אנטייל נעמען וכו', אבער איר זאלט אים נישט אוועק שלעפן פון זיי, דאס ביסל וואס ער גייט צו זיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#232 - זאל איך אויסהערן מיין טאטע, אדער שמועסן מיט מיין ווייב?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור פלעג איך אלץ זען ווי מיין עלטערער ברודער וואס האט שוין חתונה געהאט, זיצט ביים שבת טיש ביי מיין טאטע, און ווען מיין טאטע רעדט צו אים אדער ער זאגט תורה, נעמט ער זיך שמועסן מיט זיין ווייב. ס'פלעגט מיר זייער שטערן די חוצפה, און איך האב באשלאסן אז ווען איך וועל חתונה האבן וועל איך דאס קיינמאל נישט טון, און אזוי טו איך טאקע יעצט נאך די חתונה.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב געהערט איבער די וויכטיגקייט פון מכבד זיין די ווייב, און איך פרוביר דאס טאקע צו טון, אבער איך ווייס שוין נישט וואס צו טון ווען איך זיץ ביים שבת טיש ביי מיין טאטע, און נאכדערצו ווען ס'קומט יעצט דער סדר פסח ביינאכט; מיין טאטע זאגט אסאך תורה, זאל איך אים ענדערש אויסהערן אלס כיבוד אב און זאגן פאר מיין ווייב נישט צו רעדן דעמאלט, אדער זאל איך אפלאזן מיין טאטע און ענדערש איר מכבד זיין און שמועסן מיט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א מורא'דיגע חוצפה צו רעדן בשעת א טאטע רעדט; ליידער זענען זייער אסאך מזלזל אין דעם און ווען דער טאטע זאגט תורה ביים סעודת שבת רעדט מען און מען שמועסט, אזוי אויך בשעת א שמחה ווען דער טאטע שטעלט זיך אויף רעדן זיצן די קינדער און שמועסן. זאלסטו ווייטער מקפיד זיין ווען דו גייסט צו דיין טאטע אדער שווער פאר א סעודה נישט צו רעדן בשעת זיי רעדן און זאגן תורה וכדומה, נאר אויסהערן מיט דרך ארץ.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


דאס איז די בעסטע חינוך וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער, ווען זיי זעען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן וועלן זיי זיך אויך פירן מיט דרך ארץ צו דיר.


דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט מכבד זיין די ווייב; דיין ווייב ווייסט אויך אז בשעת א טאטע רעדט טאר מען נישט רעדן און נישט איבערהאקן, נאר אויסהערן מיט יראה; זי וויל אויך אז דו זאלסט מכבד זיין אירע עלטערן ווען דו גייסט צו דיין שווער נישט צו רעדן בשעת ער רעדט, פארקערט אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועט דיין ווייב דיר מער ארויפקוקן, ווייל ווען א מענטש פירט זיך מיט די תורה, ער פירט זיך מיט דרך ארץ, זאגן אלע אויף אים: "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה (יומא פו.).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#231 - מיין מאן טוט גארנישט, זאל איך זיך גט'ן?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן האבן שוין חתונה געהאט פאר אסאך יארן, מיר האבן ב"ה זעקס קינדערלעך, אבער אונזער גאנצער לעבן איז איין שטיק מחלוקת און קריגערייען.


איך ארבעט, און איך געב זיך אפ מיט די קינדער, און איך ברענג פרנסה אין שטוב; און מיין מאן טוט גארנישט, ער שלאפט נאר אריין יעדן טאג ביז שפעט, און דאס מאכט מיר זייער ברוגז און אויפגערעגט אויף אים, און מיר האלטן אין איין זיך קריגן.


איך קלער באמת אז ס'לוינט זיך מיר ענדערש זיך צו גט'ן פון אים, וואס וואלט איר גע'עצה'ט מיר צו טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער שאלה איז זייער שווער צו ענטפערן, בפרט ווען מען הערט נישט ביידע צדדים וכו'.


איך קען אייך מחזק זיין אז איר זאלט זיך שטארקן און ווייטער בויען אייער שטוב מיט אלע כוחות כדי אייערע קינדער זאלן קענען אויסוואקסן געזונטע און ערליכע אידן; טראכט'ס נישט קיין מחשבות פון זיך גט'ן, ווייל קיינער ווייסט נישט די צער וואס קינדער פון גע'גט'ע שטובער גייען אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף דער וועלט ווי די צער פון קינדער פון גע'גטע שטובער; עס ווערט זיי פינסטער זייער לעבן, זיי וואקסן אויף מיט פחדים און מיט שלעכטע מחשבות וכו', ביז זיי גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן.


אז איר פרעגט מיר אן עצה, זאג איך אייך: "זיך גט'ן איז נישט קיין עצה"; עס קוקט אפשר אויס ווי אן עצה אבער נאכדעם איז זייער ביטער. ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער וואס שטערט אייך איז, אז אייער מאן שלאפט אריין אין טאג אריין און ברענגט נישט קיין פרנסה וכו'. זאלט איר וויסן זיין אז דאס איז נישט פון שלעכטיקייט, דאס קומט פון צעבראכנקייט; פון עצבות און מרה שחורה. אנשטאט איר זאלט שרייען אויף אים און אים קלאפן ווען ער איז ביי זיך אינעווייניג טיף טיף זייער צעקלאפט וואלט איר אים געדארפט פרייליך מאכן און אים געבן א מוט ער זאל וועלן אויפשטיין, דורכדעם וואלט ער אויפגעשטאנען פרי און געלאפן ברענגען געלט פאר אייך.


איך זאג אייך נאכאמאל, איך קען נישט די מעשה און איך ווייס נישט וואס, ווען און וואו, אבער פון אייער שאלה זע איך אז אייער מאן איז זייער צעבראכן און דערשלאגן. דאס איז דער סימן ווען א מענטש שלאפט אריין אין טאג אריין, אז ער איז דערביטערט און ער האט נישט קיין סיבה אויפצושטיין; א פרייליכער מענטש שפרינגט ארויס פון בעט אינדערפרי לויפן דאווענען און ברענגען פרנסה.


זאלט איר פרייליך מאכן אייער מאן און רעדן שיין צו אים, אזוי ווי דער פריערדיגער רבי פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "פאר א קוש באקומט מען נישט קיין פאטש"; אז איר וועט רעדן שיין צו אים וועט ער באקומען א מוט אויפצושטיין און אלעס וועט זיך טוישן. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב, און א נארישע פרוי צוברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; א פרוי מיט שכל ווארט אפ איר מאן, זי שרייט נישט אויף אים, נאר פארקערט זי הייבט אויף זיין מוט און זי געט אים גוטע ווערטער, בפרט אז דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל, זי מאכט אים ער זאל שפירן ווי ער איז ווערד, אזוי טוישט זיך אלעס לטוב.


איך זאג אייך נאכאמאל: "זיך גט'ן איז נישט קיין עצה", בפרט אז איר האט טייערע קינדער, ווי אזוי קענט איר דאס טון פאר זיי?! איך זאג שטענדיג פאר די וואס פרעגן מיר צי זיי זאלן זיך גט'ן: "אז דו זאלסט נעמען א ביקס און חס ושלום שיסן דיינע קינדער וועט זיי נישט זיין אזוי שלעכט ווי אויב דו גייסט זיך גט'ן".

#230 - מיין מאן איז א מלמד, דארף ער האבן אויסער דעם נאך א שיעור?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קינדער, לימוד התורה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען זייער מחזק, און פאר די הערליכע ניגונים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


איך בין א פרוי, און מיין מאן איז א מלמד. איך וויל זייער שטארק אז ער זאל גיין ביינאכט צו א שיעור תורה, אבער ער זאגט אז ער לערנט תורה מיט די קינדער אין חדר און ער איז שוין יוצא מיט דעם, איך ווייס אבער נישט אויב ער איז גערעכט מיט דעם.


איך וויל זייער האבן א חלק אין זיין תורה, איך שטיי אויף יעדן אינדערפרי און איך גרייט אים צו עסן און אלעס וואס ער דארף, ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט מיט די קינדער אין חדר, איך וויל אבער אזוי שטארק אז ער זאל האבן אויך א געהעריגע שיעור אין תורה יעדע נאכט.


זאל איך אים מחזק זיין ער זאל גיין לערנען ביינאכט? און אויב יא, וואס זאג איך אים? ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל וועלן גיין לערנען ביינאכט?


אגב, מיר ווארטן שוין דריי יאר אויף קינדער, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מאכן אביסל התבודדות אויף דעם, איך פיר זיך צו שרייבן צום אייבערשטן, איך האב געשריבן פאר'ן אייבערשטן א דאנק בריוו אז מיר האבן נישט קיין קינדער, אבער ווען איך האב עס געוויזן פאר מיין מאן האט ער געזאגט אז ער פארשטייט דאס נישט, פארוואס זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין קינדער? מיר דארפן נאר בעטן אויף דעם. וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ריכטיגער וועג צו טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; אמת, ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, אבער עס איז נישט אזוי. מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפקלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


הדבר הראשון בעט איך אייך איר זאלט זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו האבן א מאן וואס איז עוסק אין אזא הייליגע ארבעט און עס זאל אייך נישט באדערן אז ער גייט נישט ביינאכט לערנען וכו'. איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען זייער אייגענע שיעורים: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך"; ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דערפאר זאלט איר זיך פרייען אז אייער מאן איז זוכה צו לערנען א גאנצן טאג תורה לשמה; איר דארפט פארשטיין אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג, די גאנצע כח און מח ווערט אפגעשוואכט נאך א טאג זיצן מיט קינדער, זאלט איר אים נאר מחזק זיין און אים מכבד זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אז ער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. עס פעלט נישט אויס צו שרייבן פאר'ן אייבערשטן בריוון וכו'; ווען מען איז צוקריגט מיט איינעם און מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם הייבט מען אן מיט א בריוו, ווייל מען שעמט זיך אנצוהייבן רעדן מיט יענעם וכו', אבער מיט'ן אייבערשטן דארף מען זיך נישט שעמען צו רעדן, דעם אייבערשטן דארף מען בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער, ביז ער וועט אייך העלפן.


אודאי זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. אז איר האט א טייערע מאן וכו', אז איר זענט ביידע געזונט וכו' און אז איר ווייסט פון הייליגן רבינ'ס עצות אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען זיך נאר ווענדן צו אים, אויף דעם אלעם זאלט איר אים דאנקען און נאכן דאנקען בעטס אים: "רבונו של עולם, גרויסער באשעפער, וואס דו האסט באשאפן אזא גרויסע שיינע וועלט, העלף מיר, געב מיר קינדער"; שמועסט מיט אים אזוי ווי חנה – שמואל הנביא'ס מאמע - האט געבעטן קינדער, אזוי ווי מיר געפונען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד. זי האט גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן: "ה' צְבָאוֹת" זאגן חז"ל (ברכות, שם) אז זי האט געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט באשאפן אזא גרויסע וועלט, בעט איך דיר געב מיר א קינד", בעטס אויך אזוי דעם אייבערשטן וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר מיר מבשר זיין א פרייליכע בשורה.

#229 - ווי אזוי קען איך אויפשטיין פרי?
שלום בית, שמחה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ב"ה א גוט לעבן מיט א גוטע שלום בית, אבער ס'דא איין זאך וואס שטערט מיר די שלום בית, און דאס איז אז ס'איז מיר זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי. וויפיל איך פראביר אלע מיטלען, וועט עס העלפן אפשר פאר איין טאג, און נאכדעם גייט עס צוריק צום אלטן.


איך האב אן ארבעט, מוז איך אויפשטיין אין צייט צו די ארבעט. ווען איך שטיי אויף לויף איך גלייך צו די ארבעט, און שפעטער ביי הפסקה גיי איך שנעל דאווענען.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן עצות און חיזוק איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין עיקר פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך טאנצט ער ארויס אינדערפרי פון בעט און לויפט אין שול דאווענען, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות און מרה שחורה'דיג דעמאלט וויל מען נישט אויפשטיין, מען בלייבט שלאפן ביז שפעט אין טאג אריין. נאכדעם ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז עס איז שוין שפעט ווערט מען נאך מער ברוגז אויף זיך און מען לייגט זיך צוריק שלאפן וכו'.


זאלסטו זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און בעט דעם אייבערשטן אויף דעם; מוהרא"ש זאגט אז דער עיקר אויף וואס מען דארף מתפלל זיין און ארבעטן – איז אויף צו זיין פרייליך, ווייל אויב מען איז פרייליך גייט אלעס ווי עס דארף צו זיין, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות איז דער גאנצער לעבן נישט ווערד.


איך שיק דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר 'שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי' - אַז אִיךְ בִּין אַ אִיד אוּן נִישְׁט קַיין גּוֹי! אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אוּן פַאר מַיין גֶעזוּנְט. אִיךְ דַאנְק דִיר בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף יֶעדֶע פְּרַט בַּאזוּנְדֶער; פַאר מַיין וַוייבּ, פַאר מַיינֶע קִינְדֶער, דוּ בִּיסְט אַזוֹי גוּט צוּ מִיר.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אַז עֶס זָאל מִיר אָנְקוּמֶען גְרִינְג אוֹיפְצוּשְׁטֵיין; עֶס אִיז מִיר מַמָּשׁ אוּמְמֶעגְלִיךְ אוֹיפְצוּשְׁטֵיין אִינְדֶערְפְרִי. אִיךְ הָאבּ נִישְׁט קַיין חֵשֶׁק אַרוֹיס צוּ קוּמֶען פוּן בֶּעט, אוּן נָאכְדֶעם וֶוען אִיךְ שְׁטֵיי שׁוֹין אוֹיף הָאבּ אִיךְ נִישְׁט קַיין צַייט צוּ גֵיין דַאוֶוענֶען אִיךְ לוֹיף גְלַייךְ אַרְבֶּעטְן; דָאס אַלֶעס אִיז אַ שְׁפִּיל פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע וָואס וִויל מִיר צוּנֶעמֶען מַיין אִידִישְׁקַייט, מַיין טַלִּית וּתְּפִילִין. עֶר וַוארְפְט מִיר אַרָאפּ אִין עַצְבוּת, עֶר רֶעדְט מִיר אַיין אַז דוּ בִּיסְט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן עֶר בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין מִיר מַחְשָׁבוֹת זָרוֹת כְּאִילוּ אִיךְ בִּין שׁוֹין פַארְפַאלְן, אַז אִיךְ קֶען שׁוֹין נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן אוּן אַז מַיין תּוֹרָה אוּן מִצְוֹות גֵייעֶן צוּ דִי סִטְרָא אַחֲרָא. דָאס מַאכְט מִיר זֵייעֶר צֶעבְּרָאכְן אוּן אִיז גוֹרֵם אַז אִיךְ בְּלַייבְּן אִין בֶּעט שְׁלָאפְן.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל וִויסְן אַז דָאס אַלֶעס קוּמְט פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע, וַוייל בֶּאֱמֶת הָאסְטוּ מִיר זֵייעֶר לִיבּ אוּן דוּ וַוארְסְט אוֹיף מַיין תּוֹרָה וּתְּפִילָה; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז אֲפִילוּ אִיךְ הָאבּ גֶעזִינְדִיגְט קֶען אִיךְ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וֶועל אִיךְ אוֹיפְשְׁטֵיין פְרִי, אִיךְ וֶועל לוֹיפְן אִין מִקְוָה אוּן נָאכְדֶעם וֶועל אִיךְ גֵיין לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען.


נֶעם אָן מַיין גֶעבֶּעט אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים; אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#228 - ווי אזוי האנדלט מען מיט קנאה צו מיין שוועסטער'ס שלום בית?
שלום בית, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב די שיעורים און די בריוו, ס'איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך בין א פרוי און איך בין גע'גט. איך האב א שוועסטער וואס זי מיט איר מאן העלפן מיר זייער אסאך ארויס, אן זיי וואלט איך ממש נישט געקענט אריבערטראגן מיינע צרות, זיי געבן זיך אפ מיט מיט מיינע קינדער מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און זענען אייביג גרייט צו העלפן מיט וואס מ'דארף.


מיין פראבלעם איז אז איך בין זייער מקנא מיין שוועסטער, אסאך מאל טראכט איך אז איך דארף אויך די ליבשאפט וואס זי באקומט פון איר מאן, און איך בין אליין און איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, דאס שטערט מיר זייער שטארק, און ס'ברענגט מיר אויך צו שווערע נסיונות וכו'.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך מיט רחמנות: געבט אכטונג אויף אייער לעבן! רעדט נישט מער מיט אייער שוואגער ווייל איר וועט ביים סוף אלעס פארלירן.


אז איר דארפט הילף זאלט איר רעדן מיט אייער שוועסטער; אלעס וואס מען דארף מסדר זיין בנוגע אייערע קינדער זאל גיין דורך אייער שוועסטער, אבער נישט מיט אייער שוואגער.


עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א פרוי ווי צניעות; א פרוי וואס פירט זיך בצניעות, זי רעדט נישט מיט פרעמדע מענער, איז זוכה צו האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז דאס גרויסקייט פון רות ווי זי האט זיך געפירט בצניעות און אדאנק דעם האט זי חתונה געהאט מיט בועז און פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך, אזוי ווי מיר געפונען (רות רבה ד, ח): "כָּל הַנָּשִׁים מְשַׂחֲקוֹת עִם הַקּוֹצְרִים, וְזוֹ מַצְנַעַת עַצְמָהּ", בועז האט געזען ווי אלע פרויען לאכן מיט די מענער וואס שניידן די תבואה אבער רות האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן מיט פרעמדע מענער, האט ער געוואוסט אז זי איז אן ערליכע פרוי.


א פרוי טאר נישט רעדן מיט פרעמדע מענער בשום אין פנים ואופן; מען קען צו קומען צו איסור יחוד וואס איז אן איסור דאורייתא, ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט נכשל רחמנא לצלן וכו'.


אין זכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף אייער צניעות, איר וועט זיין שטארק ביי זיך עומד צו זיין בנסיון וכו', וועט אייך דער אייבערשטער געבן בקרוב א גוטע שידוך און איר וועט שוין קיינעם נישט מקנא זיין וכו', איר וועט מער נישט זיין אליין, איר וועט לעבן אייער לעבן מיטן אייבערשטן, אמן.

#227 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז מיר נישט גענוג מכבד?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט פאר עטליכע חדשים צוריק, און איך שפיר אז מיין ווייב איז מיר נישט מכבד, זי געבט די ערשטע פלאץ קודם פאר אירע חבר'טעס, פאר איר משפחה, און ערשט דערנאך קום איך.


איך וואס נישט וואס צו טראכטן, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן דעם. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט אז דיין ווייב שעצט דיר נישט אזוי שטארק און אז אירע חבר'טעס און משפחה זענען ביי איר פאר דיר, און דאס שטערט דיר זייער שטארק; וויסן זאלסטו אז אסאך יונגעלייט גייען דאס אריבער נאך די חתונה. עס נעמט צייט ביז מען שפירט זיך נאנט איינער צום צווייטן און מען ווערט באקוועם איינער מיטן צווייטן.


אז דיין ווייב לויפט צו אירע עלטערן און צו אירע געשוויסטער דארף דאס דיר נישט באדערן; אדרבה, פריי זיך אז זי האט משפחה, אז זי האט ליב אירע עלטערן און געשוויסטער, עס איז נאר א מעלה פאר דיר אז זי האלט זיך גוט מיט איר משפחה, דו וועסט נאך אסאך מרוויח זיין פון דעם.


דער עיקר זאלסטו זען צו זיין א משפיע; דו זאלסט זיין דער וואס געבט כבוד דורכדם וועסטו אליינס ווערן מכובד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ מְכֻבָּד? הַמְכַבֵּד אֶת הַבְּרִיּוֹת" אז דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און דו וועסט איר פרייליך מאכן וועט דאס צוריק קומען צו דיר, ווייל (עירובין יג:): "כָּל הַמְחַזֵּר עַל הַגְדוּלָה", ווער עס זוכט צו זיין גרויס "גְדוּלָה בּוֹרַחַת מִמֶּנּוּ", וועט קיינמאל נישט אנקומען צו דעם, אבער "וְכָל הַבּוֹרֵחַ מִן הַגְדוּלָה", דער וואס זוכט נישט קיין כבוד, ער אנטלויפט גאר פון כבוד, "גְדוּלָה מְחַזֶּרֶת אַחֲרָיו", דער וועט ווערן גרויס, אלע וועלן אים מכבד זיין; אז דו וועסט זוכן וואו דו קענסט מכבד זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן וועט זי דיר ליב האבן און דיר האלטן מער פון אלעמען.


נאכאמאל, עס זאל דיר נישט באדערן ווען זי רעדט צו אירע געשוויסטער און צו אירע חבר'טעס, דאס מיינט נאך נישט אז זי דארף דיר נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#226 - מיין ווייב הערט נישט אויף שרייען, זאל איך איבערלאזן?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה, איך האב אבער זייער א שווערע ווייב. די לעצטע פאר יאר הערט זי נישט אויף צו שרייען אויף מיר און אויף די קינדער א גאנצן טאג. ווען איך קום אהיים פון די ארבעט, אנשטאט צו פארשטיין אז איך דארף אביסל מנוחה נאך א טאג שווערע ארבעט, הערט זי נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך זאל איר העלפן מיט די שטוב ארבעט.


איך בין געגאנגען מיט איר צו א טערעפיסט, און ער זאגט אז זי האט "בארדערליין דיסארדער", און ס'איז נישטא קיין רפואה פאר דעם. זאל איך איר איבערלאזן?


יחיאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יחיאל נרו יאיר.


איך פארשטיי נישט דיין פראגע!


אז דיין ווייב בעט דיר דו זאלסט איר העלפן מיינט דאס אז זי האט מיט די נערוון?! אנשטאט דו זאלסט רחמנות האבן אויף איר און איר פארשטיין אז זי איז אויסגעמוטשעט נאכן זיין פארנומען מיט די קינדער א גאנצן טאג - זינגסטו א ניגון אז זי האט מיט די נערוון?!


עס איז טאקע אמת אז דו ביסט אויך אויסגעמוטשעט פון א גאנצע טאג ארבעט און דו ווילסט זיך אביסל אפרוען; קען מען דאך טון ביידע, קודם העלפט מען די ווייב מיט'ן לייגן שלאפן די קינדער, קודם די קליינע און נאכדעם די עלטערע, און שפעטער בלייבט איבער צייט פאר אביסל מנוחה.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט פון היינט און ווייטער רחמנות האבן אויף דיין ווייב און דו זאלסט קוקן אויף איר מיט א גוט אויג; הער אויף צו חזר'ן אז זי האט מענטל דיסארדערס וכו'. ווי מער דו וועסט זינגען און זאגן די נאמען פון די מחלה וואס דער טערעפיסט זאגט אז זי ליידט דערויף וועסטו איר וויי טון, ביז זי וועט טאקע כאפן א נערוון צוזאמבראך השם ישמרינו. ענדערש זינג איר א ניגון אז זי איז געזונט, זאג איר אז עס איז גארנישט אז פרוי שרייט, ווייל יעדע מענטש - ווען מען איז אויסגעמוטשעט - קען זיך פארלירן; אשטאט זוכן אין איר חסרונות זוך אין איר מעלות וועסטו זען ווי שיין זי וועט רעדן צו דיר.


איך ווייס נישט וואו דו דרייסט זיך, ווער דיין רבי איז און וואס פאר א חסיד דו ביסט, אבער א ברסלב'ער חסיד ביסטו זיכער נישט, ווייל צו זיין א ברסלב'ער חסיד דארף מען מכבד זיין די ווייב, העלפן די ווייב און זארגן פאר איר. אזוי האט אונז דער רבי געהייסן (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַּיקֵר אֶת אִשְׁתּוֹ", אז מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב. דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", פרויען גיין אריבער זייער שווערע צייטן מיט די קינדער. זיי ליידן אסאך צער און האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּידָה, וְהַגִידוּל", די טעג וואס זיי ווארטן וכו' און די צער פון געבוירן און פון אויפצוען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֶצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", וואס איז נישט גרינג, און יעדער איינער ווייסט ווי שטארק זיי ליידן; דארפאר האט דער רבי געהייסן און געווארנט אז מיר זאלן אכטונג געבן אויף שלום בית, דאס האט מוהרא"ש געלערנט מיט אונז פופציג יאר אין איין צי, אז מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע ווייבער.


בעט איך דיר דו זאלסט תשובה טון און אויפהערן זינגען דעם אלטן ניגון מאכנדיג איר שפירן ווי זי איז נישט געזונט, און דו זאלסט איר העלפן מיט וואס דו קענסט.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב.