שאלה אין קורצן ענין
#217 - אלע מיינע חברים זענען מצליח מער פון מיר
שלום בית, חברים, ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון אביסל נאך מיין חתונה, שוין איבער זעקס יאר, בין איך אין א גרופע פון איבער 30 געשמאקע אינגעלייט. אונז שמועסן אסאך און מיר קומען זיך צוזאם כסדר צו פארברענגען אין מלוה מלכה'ס.


אבער פון די גאנצע גרופע בין איך דער גרעסטער looser, אסאך פון מיינע חברים האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס און איך האב קוים ברויט אין שטוב. אסאך חברים קענען לערנען, איך זאג לעצטנס אביסל אויפ'ן סדר דרך הלימוד משניות מיט חומש אבער איך פארשטיי נישט גארנישט. אסאך חברים קענען שפילן מוזיק און דאווענען שיין פארן עמוד, איך קען נישט שפילן און נישט דאווענען און נישט ליינען. רוב חבירים האבן שוין געקויפט אייגענע גרויסע הייזער אין איך לעב אין א קליינע דירה.


יעדעס מאל מ'קומט זיך צוזאם, יעדער שמועסט הויך אבער איך האב נישט וואס צו פארקויפן. ס'מאכט מיך זייער צובראכן, איך פיל זיך ווי א דורכפאל וואס קיינער דארף נישט האבן.


א גרויסן ש'כח פארן אוועקגעבן צייט צו העלפן אנדערע.


חזקי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חזקי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן וכו'; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט שוין א שיינע פאר יאר, דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו האסט פרנסה; אנשטאט דו זאלסט דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר און טוט מיט דיר, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס צו קרעכצן.


עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אפ ביי א צווייטן; עס קען אויסקוקן צו מאל ווי דער מענטש פארדינט שיין, ער איז מצליח מיט אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו', אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס איז נאר געמאכט, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס האט קנאה, ער איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף א נפטר, אז אויב א מענטש האט נישט געהאט קיין קנאה, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; אז א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם'; ווען דער גאנצער יענער איז נעבעך צעבראכן אויף שברי שברים, עס זעט נאר אויס פון אינדרויסן אז יענער לעבט. און אפילו יענער זאל יא האבן א גוט לעבן, דארף מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן, ווייל אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די ווייב, די קינדער, און די סארט שטוב וכו' וכו', דארף איך גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה וכו'; ביסטו דאך רייכער פון אלע דיינע כלומר'ישע חברים! וואס וועט יענער מיט נעמען אויף יענע וועלט, זיין שיינע קול? זיין שפילן? זיין הויז? וואס? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): 'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה' – "זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא, וְלֹא מִשְׁנָה, וְלֹא תַּלְמוּד"; א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, משניות און גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חז"ל (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארעמאן. א מענטש וואס לערנט נישט תורה יעדן טאג, ווען ער וועט אוועקגיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם; אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט און קיין הייזער, דארט נעמט מען נישט מיט קיין שיינע קול, אדער שפילן וכו', דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים; דערפאר פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיט אזא צעבראכנקייט אז דו שפירסט זיך צווישן דיינע חברים ווי א פעלער, ווייל זיי קענען דאווענען פארן עמוד אדער שפילן, און דו קענסט גארנישט, נאר זאגן משניות און חומש וכו'.


איך וויל דיר פרעגן צי עס איז א נארמאלע זאך וואס דו טוסט, דו שרייבסט מיר אז דו האסט חברים, און מען קומט זיך כסדר צוזאם ביינאכט, און צו מלוה מלכה'ס; פארוואס זאלסטו ארויס גיין פארברענגען מיט חברים ווען דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה אזא שיינע שטוב, דו האסט א ווייב מיט קינדער; פארוואס זאלסטו נישט פארברענגען אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע יונגע יארן מיט חברים, וואס היינט איז ער דיין חבר און מארגן קען ער דיר מער נישט.


עס איז נישט דא אזא זאך ווי א חבר, מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב"; סתם פארברענען נעכט מיט אינגעלייט וואס אנטלויפן פון שטוב, אנטלויפן פון זייער לעבן, דאס זענען נישט קיין חברים, זיי זענען בכלל נישט דאהי, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "כָּל שֶׁאֵין בְּיָדוֹ מִקְרָא, מִשְׁנָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, אֵינוֹ מִן הַיִּשּׁוּב"; סתם זיצן און שמועסן מיט אינגעלייט וואס עס קומט נישט ארויס פון די שמועסן קיין מקרא משנה, אדער פרנסה - עפעס תכלית, איז אינו מן הישוב.


א חבר איז איינער וואס ווען איך גיי אריבער א צרה, איך גיי אריבער בזיונות -  שטארקט ער מיר, און ער איז מיר מחזק; ווען קיינער וויל נישט קוקן אויף מיר וכו' וכו', דעמאלט קען מען זען וואס הייסט א חבר. אז מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך, וועט ער זען, אז יעדע שטיק צייט מיינט ער אז ער האט אנדערע בעסטע חברים, און פלוצלינג טוישט זיך עס, און אלע חברים זיינע זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#216 - זאל איך ליינען גוי'אישע ביכער אויף שלום בית?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איינער האט מיר מציע געווען צו ליינען צוויי פאפולערע אויסגאבעס אויף ענגליש פון עמזעאן'ס וועבסייט, וואס איז מסביר די וועג וויאזוי צו קאמיוניקעטן מיט א ווייב, און דער חילוק ווי אזוי מענער און פרויען קאמיוניקעטן.


איך האב זייער א שטארקע חשק עס צו ליינען, ווייל איך האלט אז איך וועל קלוגער ווערן דערפון (איך האב שוין איינס אינדערהיים אבער נאר געליינט די ערשטע פאר בלעטער), איך האב אבער מורא צו ליינען א זאך וואס א גוי האט געשריבן.


איך וויל פרעגן וואס דער ראש ישיבה האלט דערוועגן?


א יישר כח פאר די שיעורים און די ניגונים.


יואל משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, דו שרייבסט מיר אז דו גייסט זיך לערנען שלום בית ביי א גוי; ווי אזוי קען א גוי אויסלערנען שלום בית ווען עס איז נישט דא אזא זאך ווי א גוי זאל לעבן מיט איין פרוי דורכאויס זיין גאנצע לעבן וכו'... אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, זאלסטו דורכלערנען די ספרים וואס מוהרא"ש האט ארויס געגעבן אויף שלום בית וואס איז צוזאמגענומען אין "אוצר שלום בית", צוזאמגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים און פון ר' נתן זכרונו לברכה אלע עצות ווי אזוי א מענטש קען לעבן בזה העולם א חיים טובים. היינט איז עס שוין געדרוקט אויף אפאר שפראכן, אויף אידיש, ענגליש און נאך; דארט וועסטו זען ווי אזוי מען האט שלום בית.


פאלג מיר, און ווארף ארויס פון שטוב די אלע גוי'אישע ביכער; צדיקים האבן געזאגט אז ביכ"ל איז ראשי תיבות (משלי ב, יט): "כָּ'ל בָּ'אֶיהָ לֹ'א יְ'שׁוּבוּן", שלמה המלך זאגט: ווער עס לערנט חכמות וואס קומט נישט פון די הייליגע תורה און פון די הייליגע צדיקים - "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן, וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", וועט זיין זייער שווער מען זאל צוריק קומען צום אייבערשטן; דערפאר בעט איך דיר זייער, אנטלויף פון די אלע חברים וואס זענען דיר מציע צו ליינען אויסגאבעס וואס קומען נישט פון די הייליגע תורה, ווייל דאס וועט נאר אוועק נעמען דיין אמונה אינעם אייבערשטן.


אז מען רעדט שוין וועגן ליינען גוי'אישע ביכער, זאלסטו וויסן אז עס איז נישט גוט בכלל אריין צו ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג - נישט קיין חילוק אידישע צי להבדיל גוי'אישע, ווייל צייטונגען רייסן אויס דאס יראת שמים פונעם מענטש. איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג - אפילו אידישע; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, און איך האב נישט געוויסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


די ישיבה איז געווען אינדרויסן פון שטאט, און ווען עס איז געווארן סוף וואך, מיטוואך דאנערשטאג, האב איך געזען ווי די בחורים הייבן אן שפרינגען פון זייער הויט, מען ווארט אז די קאר פון די מגידי שיעורים זאל שוין אנקומען (די עלטערן פלעגן ארויס שיקן פאר די בחורים עסן וכו' מיט די מגידי שיעורים וואס זענען געקומען יעדן טאג צו פארן), איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, אויף וואס ווארט מען אזוי בכליון עיניים? האט מען מיר געזאגט אז דער צייטונג איז שוין ארויס געקומען, און מיר קענען שוין נישט אויסהאלטן, מיר דארפן עס האבן... איך האב געטראכט צו מיר 'מן הסתם פעלט מיר עפעס פון מיין לעבן, אז איך ווייס נישט וואס א צייטונג איז', איך האב פרובירט צו קוקן אין דעם, און איך האב געזען דאס ליצנות וואס זיי מאכן פון כלל ישראל, איך מיש אהער איך מיש אהין - עס איז נישט דא וואס צו ליינען דארט; עס זיצן פוסטע יונגען און דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערט בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות, און עולם גולם קויפט עס, קיינער ווייסט נישט פארוואס. קיינער טראכט שוין נישט אליין, נאר וואס דער שרייבער שרייבט, דאס איז דער שכל הישר.


וואויל איז פאר א מענטש וואס נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגאזין, און ער געבט אכטונג אויף זיינע קינדער וואס זיי ליינען; ער קויפט פאר זיינע קינדער סיפורי מעשיות פון הייליגע צדיקים תלמידי בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און ער פארברענגט שבת ביי די סעודות מיט זיי, און ער נעמט שלום בית פון די תורה און פון די הייליגע צדיקים.


איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#215 - מיין ווייב טשעפעט מיר און קוקט מיר אראפ
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א מורא'דיגע פראבלעם, מיין ווייב קומט פון זייער אן ארויפגעקוקטע משפחה, און זייט אונזער חתונה - פאר די לעצטע צען יאר - האלט זי אין איין זאגן אז זי איז אריינגעפאלן מיט א נעבעכדיגע משפחה, און זי מאכט כסדר חוזק פון מיין משפחה ביי יעדע געלעגנהייט, און ס'טוט מיר זייער וויי.


זי גייט כמעט נישט צו מיינע עלטערען, אין די צייט וואס זי זיצט אפ גאנצע טעג ביי איר משפחה, און איך זאג איר קיינמאל גארנישט.


לעצטענס איז איר שוועסטער געווארן א שדכנ'טע און זי האט שוין אנגעטראגן אפאר שידוכים פאר מיין משפחה. און יעדעס מאל וואס איינער זאגט אפ א שידוך, זאגט זי פאר מיין ווייב אז קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט אונז, און דאס העצט נאך מער אויף מיין ווייב קעגן מיר. זי מאכט מיך פילן ווי איך בין א נידעריגע קלאס מענטש.


א גרויסן ש'כח פאר אייער הילף.


אליעזר דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו ענטפערן אויף שלום בית ווען מען הערט נאר איין זייט פון די מעשה. אבער דאס איז זיכער אז דו דארפסט זיין מיט דיין ווייב אפען, דו דארפסט איר זאגן אז עס באדערט דיר זייער ווען זי מאכט אוועק דיין משפחה. און דאס וואס דו שרייבסט אז דו זאגסט איר קיינמאל גארנישט וכו', מיט דעם ביסטו נישט גערעכט, ווייל אז מען זאגט נישט ווייסט מען נישט.


אסאך מאל לעבט זיך א מענטש אין זיין חריין פאר זיבציג יאר, און ווי לאנג מען זאגט אים נישט: "ר' איד, פארוואס לעבסטו איינגעגעסן אין חריין ווען דו קענסט זיך אריין עסן אין א זיסע פרוכט" - ווייסט מען נישט אז מען ליגט אין חריין; אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס מען האט זיי פשוט נישט געלערנט וואס שלום בית איז, מען האט אים נאר אויסגעלערנט אז דעמאלט קויפט מען אזא מתנה, און דעמאלט זאגט מען יישר כח, אבער מער פון דעם ווייסט מען נישט וואס שלום בית איז.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן, איז זייער ביטער.


אסאך מאל קומט דער מאן פון א משפחה וואס דער וועג ווי אזוי מען רעדט דארט איינער מיטן צווייטן איז דורך זיך שטעכן (פארשטייט זיך אז מען לייגט צו: "איך מאך נאר א וויץ", "איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט א בעבי?") און די פרוי קומט פון א איידעלע משפחה, א משפחה וואו מען רעדט מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן. יעצט וואס געשעהט ווען די פרוי קען נישט נעמען די וועג ווי אזוי איר מאן רעדט, אבער זי שעמט זיך צו רעדן מיט אים וועגן דעם, אדער זי האט מורא וכו'? זי עסט זיך אן אינעווייניג, ביז זי איז מחליט: 'איך גיי מיר אהיים צו מיינע עלטערן, איך קען נישט וואוינען מיט אזא חי' רעה'... אבער ווען די פרוי וואלט ווען גערעדט צו איר מאן, און אים געזאגט שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, עס באדערט מיר ווען דו מאכסט די וויץ אויף מיר", "עס באדערט מיר די וועג ווי אזוי דו רעדסט", "איך בין נישט צוגעוואוינט צו דעם ברייטן שפראך", וואלט דער מאן איר געזאגט: "קוק אהער מיין טייערע ווייב, איך קום פון אזא שטוב ווי מען דזשאוקט זיך איינער אויפן צווייטן; איך גיי ארבעטן אויף מיר, איך גיי אכטונג געבן ווי אזוי איך רעד צו דיר, און אויב איך רעדט יא ברייט וכו', בעט איך דיר מיין טייערע ווייב נעם עס נישט פרזענליך, ווייל איך מיין נישט גארנישט", און עס וואלט געווען שלום על ישראל.


אבער אז מען רעדט נישט איז זייער נישט גוט; זי מיינט ער וויל איר פליקן, און ער מיינט אז זי איז א בעבי און די שלום בית פלאצט פאר גארנישט און פאר נישט. און באלד וועסטו נאך הערן אין שול ווי מען רעדט וועגן זייער גט, און מען זאגט: "נא, זיי האבן זיך נישט גע'גט וועגן שטותים, דארט איז טאקע געווען פראבלעמען", ווען די גאנצע זאך האט פאסירט נאר ווייל מען רעדט נישט.


ווען מען איז געקומען פארציילן פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז, אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט נישט, און מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע זאג איך דיר, שלום בית איז נישט אז מען זאגט קיינמאל גארנישט - אזוי ווי דו שרייבסט, שלום בית איז יא צו רעדן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, מיט דער צייט ווערט דער מענטש אנגעגעסן אין זיך, און עס פלאצט נאכדעם אויס זייער נישט גוט, און זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער, נאר ווייל מען האט נישט גערעדט, און מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן, ביז מען האט שוין נישט געקענט מער, און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


ווען דיין ווייב בארעדט דיין משפחה, זאלסטו איר שיינערהייט זאגן: "ביסט גערעכט, מיין משפחה זענען שווערע מענטשן, אבער איך בעט דיר זייער מיין טייערע ווייב, זאג עס נישט, ווייל יעדע מאל דו זאגסט עס טוט עס מיר וויי וכו'", וועסטו זען אז זי וועט דיר מער נישט צעקלאפן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קייזערן און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; דער רבי לערנט אויס דרך ארץ, אז א מענטש זאל זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן.


מען טאר קיינמאל נישט אוועק מאכן א צווייטענס משפחה אדער חסידות; איינער וואס טשעפעט א צווייטן מיט זיין טאטע מאמע, אדער רבי וכו' - דער מענטש כאפט נישט וואס ער טוט, מען האט אים נישט געלערנט וואס מיינט גוטע מידות, דערפאר מיינט ער אני ואפסי - איך מיט מיין רבי מיט מיין משפחה זענען גוט, און עפעס אנדערש איז נישט חשוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריין קומען צו אים אין צימער און אנגעפאנגען רעדן צו אים אנקעגן זיין ווייב, זי איז געשטאנען און גערעדט אויף איר כל דבר אסור, איז דער הייליגער רבי מרדכי'לע זי"ע געזיצן און איר אויסגעהערט, און ווען זי איז ארויס געגאנגען האט ער גענומען זיין קאפל און אויסגעשאקלט, און צוריק געגאנגען לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הייבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א דאס מיט א יענץ", און זי האט געשריגן און געשריגן, ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל און דאס אויסגעשאקלט, און זיך צוריק געזעצט לערנען.


וויסן זאלסטו אז א שניר מיט א שוויגער קומען זיך נישט אויס; דאס איז ביי יעדן איינעם די זעלבע זאך, און דער מאן איז "מאנקי אינדערמיט", מען דארף קענען גיין צווישן די טראפנס, און אויב מען רעדט שיינערהייט קען מען אלעס פארשפארן.


איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן, אבער נישט רעדן איז נישט קיין עסק; איך האלט דו זאלסט כאפן א שיינע שמועס מיט דיין ווייב, זאג איר שיינערהייט אז עפעס באדערט דיר שוין פאר א לאנגע צייט, און זאג איר אפענערהייט אז יעדעס מאל זי מאכט אוועק דיין משפחה ציפט עס דיר ביים הארץ. אז זי וועט דיר פרעגן: "וואס? דו האסט מער ליב דיין מאמע ווי מיר?" זאג איר: "ניין, דו ביסט מיר מער ווי די גאנצע וועלט, אבער עס באדערט מיר ווען מען מאכט אוועק מיין משפחה". איך זאג דיר אז זי וויל נישט דיין שלעכטס, נאר זי כאפט פשוט נישט אז עס באדערט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#214 - איך שפיר מער א געשמאק אין עיון; מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן
אומאן, שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

I started derech halimud a while ago, and I’m about to finish for the FIRST TIME misnayes. now I have 2 things to discuss with the rosh yeshiva.
first of all I’m not saying that I was the biggest masmid, but I felt like I enjoyed learning, understanding the concepts how the the question was answerd; and with derech halimud I feel like I’m accomplishing in terms of finishing but not in terms of connecting to it and enjoying it.
2, I realy get a lot of chizuk and would want to go to uman to the rebbe for rosh hashono, but all my wife knows that its a crazy place and radicle pepole, and she would never let me go and as much as i tried to talk to her about it nothing doing and I’m sure don’t want to lose my wife in the procces, if you can give me some advice.
thanks a million for everything you have done for me through the shiurim.
marc

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד האברך מארק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז ווען דו לערנסט און דו פארשטייסט וואס דו לערנסט שפירסטו א געשמאק אין לערנען, מה-שאין-כן ווען דו זאגטס אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, שפירסטו נאך נישט קיין געשמאק; דו דארפסט נישט אפלאזן דיינע אלטע שיעורים, אדרבה - זע צו לערנען ווייטער דיינע שיעורים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענשט זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דער עיקר זאלסטו זען צו לערנען אסאך פרקים משניות, און אסאך דפים גמרא - אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, און במשך הימים וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, און דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען און דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין אלעס וואס די לערנסט.


בנוגע וואס דו פרעגסט וועגן דיין ווייב, אז זי קוקט אן ברסלב ווי א פלאץ פון מטורפים וכו'; ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער וואס גייט אריבער דעם פראבלעם, נאר זייער אסאך אינגעלייט און בחורים גייען אריבער דאס זעלבע וואס דו גייסט אריבער, זיי ווילן קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער זייערע עלטערן און זייער ווייב שטעלן זיך אנקעגן, ווייל זיי האבן געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן.


געב אכטונג זיך נישט צו קריגן מיט דיין ווייב, און אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען אויף ראש השנה קיין אומאן וועסטו זען אז עס וועט געשען א נס און אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה, נישט נאר וועט דיר דיין ווייב לאזן גיין קיין אומאן, נאר זי וועט דיר טרייבן, זי וועט דיר קויפן א מתנה א טיקעט אז דו זאלסט פארן קיין אומאן.


איך האב שוין געזען גרויסע וואונדער ביי מיינע תלמידים - סיי בחורים און סיי אינגעלייט, ווי זיי האבן אסאך מתפלל געווען אויף דעם ענין, זיי פלעגן יעדן טאג זיך אויסגיסן זייער הארץ צום אייבערשטן אז זיי ווילן גיין קיין אומאן צום רבי'ן צו פארעכטן זייערע מעשים, און זוכה זיין צו האבן א תיקון אויף זייערע מעשים וכו', און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן זוכה געווען צו קומען.


דו זאלסט זען צו זיין א וואוילער מאן, דו זאלסט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט דיין ווייב; דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) אז מען דארף זייער שטארק אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב; און דו וועסט זען אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#213 - איך וויל ווערן א נייער מענטש, איך וויל מיין ווייב זאל דאס אננעמען
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד ראש הישיבה שליט"א
יישר כח פאר אייערע שיעורים, איר האט געטוישט מיין לעבן.
את חטאי אני מזכיר, איך בין אויך געווען פין די וואס האבן ר"ל געלאכט פין היכל הקודש, אבער עס איז געקומען פון נישט וויסן וואס היכל הקודש פארקויפט. עס איז דא א ווארט אין ענגליש: א נאר זאגט ניין פאר'ן וויסן, מיט'ן חשבון אז בעסער זאל דער פארקויפער פארלירן, אבער דאס איז זיכער אז ער אליין האט נישט פארדינט. אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, ביז דו קומסט אן צו זען אויף וועלכע יסודות ער שטייט.
איך פרוביר צו גיין אין די דרכים וואס איר לערנט אונז. איך בין א נייער מענטש, אנשים אשר עשה בחרן, איר האט מיר ממש איבערגעמאכט.
יעצט צו מיין שאלה; דער אלטער 'איך', האט אסאך געזינדיגט ר"ל, בחסדי השם האט מיין ווייב עס אויפגעדעקט דורך קוקן אין מיין טעלעפאן. עס איז נישט געווען גרינג, איך האב מיך אבער אינגאנצן געעפענט פאר איר, און מיר זענען געגאנגען צו א מומחה וואס האט אונז זייער געהאלפן. ברוך השם אז די קדושה האלט אן ביז איצט, באשעפער העלף מיך עס זאל ווייטער אנהאלטן. אויך לגבי שלום בית האט זיך געטוישט פון פארדעם ווען איך האב דוקא אוועקגעקוקט פון איר, אז מיין לעבן זאל נישט שטערן מיין ווייב'ס, צו יעצט ווען איך וויל דוקא איר אנקוקן און זען ווי אזוי איך קען בעסער מאכן איר לעבן.
אין די לעצטע וואך, נאכדעם וואס איך האב זיך אפאר מאל פארלוירן אין געשריגן אויף איר [איך ווייס אז שרייען איז אויף קיין פאל נישט בארעכטיגט] האט זי געסטראשעט אז זי גייט נישט אין וכו', ווי לאנג איך האב א טעלעפאן מיט טעקסט [וואס דאס איז געווען ווי אזוי איך בין אמאל דורך געפאלן], און איך שפיר נישט גרייט אויף דעם [איך האב געבלאקט די שלעכטע קשרים].
זי זאגט אז זי שפירט נישט רואיג אז איך וועל נישט צוריק פאלן. [ווער קען דען זיין רואיג אויף דעם? איך בעט השי"ת ביי יעדע תפילה אז ער זאל מיר געבן כח זיך צו זיך האלטן בקדושה, און מיר נישט געבן קיין נסיונות]. אזוי אויך דערמאנט זי מיר ווי דער אלטער 'איך' האט איר שלעכט באהאנדעלט.
איך וויל ווערן אנגעקוקט ווי א נייער מענטש, וואס איך שטרענג זיך איבער צו זיין ערליך און גוט. טייערער ראש הישיבה, ווי אזוי זאל איך דאס באהאנדלען?
און אויב מעגליך אויך א ווארט פאר מיין טייערע ווייב, זי וועט אי"ה אויך ליינען די בריוו.
נאכאמאל א יישר כח פאר'ן מיר געבן א נייער לעבן.
נ. ג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד נ. ג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה"; ווייל אז מען געדענקט אלע פראבלעמען קען מען נישט אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, דערפאר - זאגט דער רבי - דארף א מענטש זיך שטענדיג באנייען און פארגעסן וואס עס איז געווען און נישט קוקן אויף צוריק.


אזוי אויך ווען עס קומט פאר עפעס צווישן מאן און ווייב, טאר מען נישט ארויף ברענגען אלטע זכרונות איינער פארן צווייטן, ווייל דאס מאכט אז מען זאל ווערן צעבראכן און מען זאל נישט קענען אנהייבן פון דאסניי. למשל, דער מאן טאר נישט דערקוטשען זיין ווייב מיטן דערמאנען אלטע זאכן פון נאך די חתונה ווען זי האט נאך נישט געוואוסט ווי אזוי מען פירט זיך וכו'; קודם כל דארף מען וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא כה, יז): "וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ, וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹהֶיךָ", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא נח:): "אִם הָיָה בַּעַל תְּשׁוּבָה, אַל יֹאמַר לוֹ: 'זְכוֹר מַעֲשֶׂי הָרִאשׁוֹנִים'", זאג נישט פאר א בעל תשובה: "געדענקסט נאך ווען דו האסט געטון עבירות?" דערפאר בעט איך דיר, הער אויף איבערקייען אלטע ווייטאגן; הער אויף איבער צו זאגן, צעגערן און רודפ'ן דיין ווייב מיט אלטע מעשיות, "געדענקסט האסט מיר דעמאלט וויי געטון", "געדענקסט אמאל האסטו געטון דאס און דאס", ווייל אז מען רייסט אראפ א מענטש מיט זיינע אלטע מעשים העלפט עס נישט אויף להבה, אז דער מענטש זאל זיך טוישן צום גוטן, נאר פארקערט, עס מאכט אז דער מענטש זאל צעקלאפט ווערן וכו'.


דערפאר פאלן היינט אוועק זייער אסאך קינדער פון אידישקייט, ווייל ווען דער בחור איז שוין מחליט אז ער וויל ווערן גוט, קומט צוגיין וכו' און זאגט אים: "דו מיינסט אז דו קענסט ווערן גוט, דו האסט דאך געטון דאס און דאס!" און ער רעכענט אים אויס אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון ביז יעצט, ביז דער קינד איז מחליט אז ער גייט אפילו נישט פרובירן צו זיין גוט.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן וויינען אז זיין טאכטער איז פארלוירן געווארן, און נאך א שטיק צייט וואס זי איז נישט אהיים געקומען, איז ער געוואויר געווארן אז דער גלח האט איר פארכאפט, וואס קען ער יעצט טון, ווי אזוי נעמט ער איר ארויס פון דארט? האט אים דער רבי געהייסן אז ער זאל מיט נעמען מיט זיך צוויי מענטשן מיט א וואגן וואס איז גוט פארמאכט, און ער זאל אריבער פארן דעם גלח'ס הויז, און דאס מיידל וועט דעמאלט שטיין אינדרויסען, און ווען זי וועט אים זען וועט זי גלייך לויפן צו אים, און ער זאל איר אריין נעמען אינעם וואגן און גלייך אנטלויפן פון דארט מיט איר, וכך הוה; און דער רבי האט גלייך געמאכט א שידוך פאר דאס מיידל מיט א בחור וואס האט געוואוינט אין דעם דארף, דער בחור איז געווען א פשוט'ער בחור א שוסטער, און דער רבי האט אים געזאגט בזה הלשון: "איך בעט דיר זייער שטארק אז דו זאלסט קיינמאל נישט דערמאנען דיין ווייב די מעשה וואס זי האט געהאט מיטן גלח" - אז זי איז נכשל געווארן מיט אים וכו', און אז זי האט זיך געוואלט שמד'ן השם ירחם, און דער רבי האט אים געגעבן א צוזאג אז אויב ער וועט איר נישט טשעפען מיט די אלטע מעשה וכו', זאגט ער אים צו אז ער וועט האבן גוטע קינדער; וכך הוה, דער איד האט זוכה געווען צו קינדער צדיקים און גרויסע רבנים.


איך זאג דיר, אז דעם רבינ'ס ברכה גייט נאך אן היינט; אז דו נעמסט זיך פאר מהיום אז דו וועסט אויף הערן צו טשעפען דיין ווייב מיט אלטע מעשיות, און זי וועט דיר נישט טשעפען מיט אלטע זאכן פון דיר, וואס דו האסט נישט געוואוסט ווי אזוי מען פירט זיך וכו', וועט איר אויך זוכה זיין צו קינדער צדיקים, אבער אז דו וועסט איר ווייטער דערקוטשען און ווייטער טשעפען מיט מעשיות פון אמאל וכו', וועסטו האבן בנים שוטים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן".


בנוגע א פרוי וואס וויל נישט גיין וכו', ליידער ליידער זענען דא שלעכטע מדריכים וואס לערנען אויס פאר פרויען - כלה'ס אז מען זאלן נישט גיין וכו', און מיט דעם סטראשענען זייער מאן וכו'; קודם כל דארף מען וויסן אז דאס איז זייער א גרויסע עבירה, א פרוי וואס האלט אפ מצוות עונה דורכדעם וואס זי גייט נישט וכו', ווייל זי וויל אפטון איר מאן, וועט באקומען זייער א גרויסע שטראף רח"ל. צווייטענס; מען טוט זיך אליינס אפ, ווייל ווען זי וועט עס שוין דארפן וכו', און זי וועט שוין יא גיין וכו', ווער זאגט אז איר מאן וועט בכלל וועלן קוקן אויף איר, אפשר וועט ער איר געבן פון די זעלבע מעדיצין וואס זי האט אים געגעבן. איך אליין ווייס מעשיות וואס האבן זיך אזוי געענדיגט ה"י.


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו סטראשען מיט אפהאלטן פון זיין צוזאמען וכו'; און וואס א פרוי וויל פועל'ן ביי איר מאן קען מען פועל'ן מיט גוטן. דער אייבערשטער האט באשאפן פארן מענטש א מויל מיט א צונג פאר א סיבה - מען זאל רעדן איינער מיטן צווייטן, אויב עפעס באדערט פארן ווייב זאל זי עס שיין אויס שמועסן מיט איר מאן, און אויב עס באדערט עפעס פארן מאן זאל ער עס שיין אויס שמועסן מיט זיין ווייב, אז מען רעדט קען מען אלעס פועל'ן, און אז מען פועל'ט נאך אלץ נישט, קען מען זיכער נישט פועל'ן מיט סטראשען און בלאזן, עס וועט נאר ערגער מאכן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#212 - מיין שוועגערין קען שטערן מיין שלום בית?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח נאכאמאל פאר אלע שיעורים און חיזוק. איך האב א זאך וואס שטערט מיר שוין פאר א לאנגע צייט, דאס איז איבער מיין שוועגערין וואס שטערט מיר מיין שלום בית.


עס מאכט זיך כסדר ווען מיר שמועסן, אז ברענגט אלץ ארויס אז מיין מאן איז נישט אזוי גוט, און איר מאן איז זייער געלונגען און טויגליך, און דאס טוט מיר זייער וויי. נישט אלעמאל איז עס ממש ארויסגעזאגט, אבער די וועג ווי אזוי זי רעדט ברענגט אלעמאל ארויס אז איר מאן איז דער בעסערער, און מיין מאן איז צווייט קלאסיג.


צום ביישפיל ווען זי רעדט פון איר מאן אז ער האט צוויי רעכטע הענט, ער פארשטייט צו אלעס און קען זיך אן עצה געבן, און אז מיין מאן איז פארקערט פון זיין ברודער. אדער קען זי דערציילן אז זי געדענקט נאך מיין מאן פון אלס בחור, ווי אזוי ער פלעגט אויפשטיין שפעט און ער האט נישט געלערנט, זי לייגט טאקע צו אז שפעטער איז ער געווארן בעסער, אבער פארדעם איז ער געווען ממש א גארנישט. זי זאגט עס נישט דוקא אים אראפצורייסן, נאר סתם צו דערציילן אינטערעסאנטע מעשיות.


זי מאכט מיר שפירן ווי זי ווייסט אלעס וועגן מיין מאן, ווייל האט דאך טאקע חתונה געהאט עטליכע יאר פאר מיר, און זי געדענקט אלע זיינע מעשים טובים, און איך קען איר אפילו נישט אפפרעגן, ווייל האב אים דאך טאקע נישט געקענט דעמאלט.


כאטש וואס זי קען אויך זאגן גוטע זאכן אויף מיין מאן, אבער די נעגאטיווע זאכן וועגן עס איבער. עס איז מיר זייער שווער דא צו פארדייען, און נאך שווערער איז מיר צו בלייבן מיט מיין שעצונג צו מיין מאן, צו האלטן ווייטער פון מיין מאן און אים נאר ארויפקוקן.


איך וויל נאר צולייגן אז מיר קומען זיך אויס זייער גוט אלס שוועגערינס, מיר האבן זייער הנאה צו פארברענגען און שמועסן צוזאמען, נאר אלס קומט אויס אז ווען איך טרעף זיך מיט איר און מיר שמועסן, קום איך נאכדעם אהיים אין א שלעכטע גיסטע, אראפגעקלאפט און אנגעצויגן, און דאס שטארק מיין שלום בית. איך באקום אלץ די געפיל אז זי האט געוואונען די לאטערי מיט איר מאן, און איך בין אריינגעפאלן מיט א שוואכערע מאן.


וואס קען איך טון? ווי אזוי דארף איך אננעמען די אלע זאכן וואס זי זאגט מיר? סיי אז עס טוט מיר פשוט וויי, און סיי אז עס מאכט איך זאל אראפקוקן מיין מאן. זאל איך איר עפעס ענטפערן? זאל איך בלייבן שטיל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פון די ווערטער פון די בריוו זעט אויס ווי זי איז נישט קיין גרויסע חכמה און נישט קיין קליינע נאר, עס זעט אויס פון די בריוו אז זי איז א נארישע פרוי.


מאכט זיך נישט צוטון פון וואס זי זאגט, זוכט נישט צו רעדן מיט איר, דאס מיינט נישט צו זאגן מאכן א מחלוקת, אפהאקן מיט איר, נאר רעדט נישט מיט איר קיין סאך; אז זי רופט אייך דארפט איר נישט אויפהייבן די טעלעפאן, און אז מען טרעפט זיך ביי שמחות באגריסט מען זיך און דאס איז גענוג.


געבט זיך גאר אכטונג אז אייער שלום בית זאל אייך נישט צעפאלן, מיינט נישט אז ביי א צווייטן גלאנצט מער ווי ביי אייך, וואס זעט אויס פון אינדרויסן גלאנצעדיג מיינט נישט אז עס איז טאקע אזוי.


זוכט אייך אין די משפחה איידעלע שוועגערינס מיט וועם צו מאכן קשר, נעמט אייך חבר'טעס וואס רעדן נישט פון 'מיין מאן', 'דיין מאן', 'יענעמ'ס מאן'; די וואס רעדן פון פון 'מיין מאן', 'דיין מאן', 'יענעמ'ס מאן' זענען נישט איידעלע, די זענען חולי נפש, עס איז נישט כדאי צו האבן די סארט פריינד.


נאכאמאל, לאזט אפ די שוועגערין, איר זעט אליינס אז יעדע מאל איר ענדיגט רעדן מיט איר קוקט איר אראפ אייער מאן; וואס זוכט איר זיך צרות, לאזט אפ, זוכט אייך איידעלע שוועגערינס.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#211 - ווי אזוי האנדלט מען מיט א שלעכטע שטיף קינד?
שלום בית, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, דן לכף זכות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע וואונדערליכע שיעורים וואס זענען אזוי שטארק מחזק, איך הער עס יעדע שיעור, און צומאל הער איך איבער א שיעור עטליכע מאל, דאס איז ממש מיין לופט צום אטעמען.


איך האב א שווערע פראבלעם, און איך וויל בעטן הילף פונעם ראש ישיבה שליט"א.


די גרויסע טאכטער פון מיין ווייב פירט זיך אויף צו איר מאמע זייער נישט גוט, ממש שרעקליך, ערגער ווי צו א שפחה כנענית, סיי די וועג פון רעדן, זיך אויפפירן, פארלאנגען, זי לאכט איר אין פנים אריין און הונטער איר רוקן, זי פייפט איר אן און דערנידערט איר.


מיין ווייב ווערט ממש צעטרעטן ביז דער ערד, זי איז נישט גענוג שטארק, זי פאלט אלעמאל פאר איר טאכטער, זי טוט אלעס וואס די טאכטער פארלאנגט, און אפילו ווען זי זאגט שוין יא אמאל עפעס שטרענג פאר'ן טאכטער, וועט די טאכטער אלץ טרעפן דעם וועג זיך ארויסצודרייען, און איר ווידער צעטרעטן.


איך בייס זיך שוין די ליפן פאר אסאך יארן, אבער דאס ברענגט מיר צוויי זאכן, איינס אז איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, ווי לאנג קען מען צוקוקן צו אזא שרעקליכע אויפפירונג און בלייבן שטיל? און צווייטנס מאכט עס אז איך זאל אנהויב קוקן אויף מיין ווייב ווי א שמאטע, ווי א שוואכלונג.


איך מאך אסאך התבודדות אויף דעם, איך זע אבער נישט קיין לעזונג צו דעם מצב, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נוץ די עצה פון תפילה, געב אוועק יעדן טאג פופצן - צוואנציג מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן נאר אויף דעם; אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג - וועסטו זען נאך א קורצע צייט א ישועה.


וויסן זאלסטו, וואלט דאס געווען דיינע אייגענע קינדער - וואלסטו געדארפט מחנך זיין און זיין גאר שטרענג צו פארלאנגען דרך ארץ וכו', אבער אין דיין פאל אז דו ביסט נישט דער טאטע, דו ביסט דער שטיף טאטע - וועסטו נישט אויפטון, און אויך וועט עס שאטן פאר די שלום בית.


נאך אן עצה איז דא, אויב דו וועסט אנהייבן זייער שטארק ליב האבן איר קינד, נישט נאר געזאגט, נאר טאקע ליב האבן, דורך איר דן זיין לכף זכות, זיך אריינלייגן אין איר מצב, די רחמנות פון קינדער וואס זעען ווי זייער לעבן פאלט זיי צאם, ווי זייערע עלטערן קריגן זיך, ווי די עלטערן צעטיילן זיך, ווי דאס צעשטורעמט זייערע געפילן, זייער מח וכו'; דאס קען מען נישט פארשטיין, דער וואס קומט פון א געזונטע שטוב מיט געזונטע עלטערן איז נישט מעגליך זאל פארשטיין די צער, די ווייטאג, די יסורים, די פחדים - וואס די קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן קריגן זיך און צעטיילן זיך; אז דו וועסט איר דן זיין לכף זכות, דו וועסט קוקן אויף די קינד מיט רחמנות - וועט די קינד זיך טוישן, די קינד וועט ווערן רואיג, די קינד וועט אנהייבן זיך פירן מיט דרך ארץ.


העיקר איז נאכאמאל און נאכאמאל תפילה, תפילה, תפילה, זיך נישט מייאש זיין פון תפילה. גיי אין א ווינקל, גיי און שמועס דאס אויס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי דאס שעדיגט ענקער שלום בית וכו' וכו'; וועסטו זען גרויסע ניסים.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#210 - ווי אזוי בארואיגט מען די ערב פסח נערווען?
שלום בית, שמחה, עבירות, פסח, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב ליידט אויף די נערווען, די גאנצע ערב פסח טעג איז א שווערע אנגעצויגענע דורכגאנג.


יעצט וויל זי נאכנישט אנהויבן די ארבעט, ווייל זי האט נישט קיין כח. זי זאגט אז נאך אביסל גייט שוין אנהויבן און זי גייט עס מאכן אזוי ווי יעדעס יאר. אויב וויל איך אנהויבן פסח'דיג מאכן, איז זי נישט מסכים, און למעשה ווייס איך שוין אז ווען שוין ענדליך אנהויבן, וועט זי ווידער שוואך ווערן, און עס וועט זיך אנהויבן אלע פראבלעמען ווי געווענליך.


וואס טוט מען דא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען אויף יעדן איינעם זאגן אז מען האט מיט די נערווען; ווען מען איז נישט פרייליך האט יעדער איינער מיט די נערווען, מוהרא"ש זאגט, אויב מען האט נאר איין מאל געקוקט א שלעכטע זאך אדער חס ושלום פוגם געווען במעשה האט מען שוין מיט די נערווען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", אז מען זינדיגט האט מען מיט די נערווען.


שמחה איז די עצה פאר שטארקע נערווען; מאך פרייליך דיין ווייב, מאך א גוטע לופט אין שטוב, העלף איר מסדר זיין דאס פסח מאכן, צעטייל עס אין טעג; היינט דער שטוב, מארגן א צווייטע שטוב, איבערמארגן זיך אפריען, און נאכדעם די חלק קאך, און אזוי ווייטער; העלף מאכן סדר אין מח, אז מען דארף נישט אלעס מאכן אין איין טאג.


עס שטייט אין פסוק (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס פון אלע קטנות און בלבולים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", דורך זיין פרייליך גייט מען אריין אין א נייע וועלט, אין א פרייע וועלט, מען גייט ארויס פון אלע נערווען, מען ווערט אן אויסגעלייזטער, מען גייט ארויס פון די אייגענע גלות, די מח ווערט פריי; זאלסט פרייליך מאכן דיין ווייב וועט זי האבן כח ארויסצונעמען די חמץ און אריינברענגען די פסח, ווייל אויב חס ושלום מען איז נישט פרייליך - קען מען גארנישט טון, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#209 - איז מיין מאן ערליך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, מחשבות, חשדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס הויבט מיר ווידער אן אריינקומען אין קאפ די שלעכטע מחשבות אז אפשר איז מיין מאן נישט ערליך, אפשר קוקט מיין מאן אויף אנדערע, אפשר טראכט ער און דארף אנדערע, חס ושלום.


די שלעכטע מחשבות נעמען ממש איבער מיין מח און מיין לעבן, וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, שבת פרה, י"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין געזונטע מחשבות צו טראכטן אז דער מאן קוקט אויף אנדערע און דארף אנדערע; עס איז עצת היצר הרע וואס וויל אוועק נעמען די שמחה און פארשווארצן דאס לעבן. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא פרויען וואס האבן די מחשבות און דאס איז ממש ווי א קרענק, עס מאכט חרוב אלעס. איך בעט אייך זייער, קוקט נישט נאך אייער מאן, עס איז נישט פון די פליכטן וואס א ווייב האט, קוקט נישט זיין טעלעפוין; קוקט גוט, זוכט גוט.


אלע נישט גוטע מחשבות קומען פון עצבות ומרה שחורה, און די גוטע מחשבות קומען פון שמחה, ווייל דארט וואו עס איז דא שמחה - דארט איז דא קדושה; בשמח"ה איז די אותיות מחשב"ה (תיקוני זוהר תיקון כב, סז.), אז מען איז פרייליך רוט די שכינה ביים מענטש.


בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט ארויס קריכן פון די עצבות ומרה שחורה און איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך, וועט איר זוכה זיין צו אלעס גוטס.


זאגט די תפילה יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד און נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויסגיין פון מיין דערביטערטקייט, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל נישט חושד זיין מיין מאן אויף שלעכטע זאכן, איך זאל נאר זען דאס גוטס ביי אים, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטית. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#208 - בלייבן פארוויינט נאך התבודדות?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, שמחה, התבודדות, תודה והודאה, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען מתוק מדבש, אזוי זיס און געשמאק, יעדע שיעור הויבט מיך אויף, איז מיר מחזק, און ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, איך האב נישט די ווערטער צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וואס האט אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן מיט זיינע תלמידים.


איך בין מקפיד צו גיין יעדן טאג מאכן התבודדות, אבער כמעט יעדן טאג שטעל איך זיך אינדערמיט, ווייל איך הויב אן וויינען. איך הויב נאר אן צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק איך וויל זיין גוט, און איך הויב אן וויינען גלייך ווי א קליין קינד, און דערנאך ווען איך קום אהיים זע איך נישט אויס אין א גוטע מוט, מיין ווייב ווערט דערשראקן זי ווייס נישט וואס גייט פאר, וואס האט פאסירט מיט מיר, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


אסאך מאל ווען איך הויב אן שפירן אז עס קומט מיר טרערן, שטעל איך גלייך אפ די התבודדות און איך הויב זיך אן אונטערזינגען א פרייליכן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן, דו ביסט זיך יעדן טאג מתבודד, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה), די עבודה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן - איז א וועג פאר יעדן איינעם, מקטן ועד גדול פון גרויס ביז קליין, און דורכדעם קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו געדענקען צו ענדיגן מיט א גוטע זאך, נישט בלייבן פארוויינט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז.): "מַתְחִיל בִּגְנוּת וּמְסַיֵּים בְּשֶׁבַח", מען הייבט אן מיט נישט שיינע זאכן און מען ענדיגט מיט לויבן דעם אייבערשטן; פסח ביינאכט ווען מען דערציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן - הייבט מען אן דערציילן: "מִתְּחִלָּה עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ", און מען ענדיגט צו: "אֲשֶׁר גְּאָלָנוּ וְגָאַל אֶת אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם"; אזוי דארף צוגיין התבודדות, מען הייבט אן דערציילן דעם אייבערשטן ווי מען זעט אויס און ווי מען האלט, ווי ווייט מען איז פון קדושה, אבער מען מוז ענדיגן מיט שבח, מען מוז ענדיגן: "רבונו של עולם איך גיי אנהייבן פונדאסניי, מעכשיו ווער איך אן ערליכע איד, איך גיי דיר זיין געטריי", און אזוי ווייטער.


דערצייל נישט אין שטוב דיינע איבערגייאכצער, און אז דיין ווייב פרעגט דיר פארוואס דו וויינסט, זאלסטו איר זאגן: "איך וויין פון שמחה, איך בין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז"; דערצייל נישט אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און עס גייט דיר נישט, דיין ווייב קען זיך דערשרעקן וכו'.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#207 - ווי אזוי גרייט מען זיך צום יום טוב מיט רואיגקייט?
שלום בית, שמחה, פסח, יום טוב, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב בעט מיר איך זאל פרעגן אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס דערנענטערט זיך די הייליגע ימים טובים פון פורים און פסח, און דאס דערמאנט איר וואס זי האט מיטגעמאכט לעצטע יאר אין די צייטן, ווי שווער זי האט זיך געמוטשעט, ווי שווער זי האט געארבעט, וויפיל לחץ און דרוק זי האט געהאט, ווי זי האט ממש געפלאצט און נישט געקענט פארנעמען די שוועריקייטן; און יעצט ווען עס קומט נאכאמאל, וויל זי נישט עס זאל זיך נאכאמאל איבער'חזר'ן די זעלבע, ווי אזוי קען מען זיין רואיג, זיך גרייטן צו די ימים טובים מיט א רואיגקייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומען די ימים טובים טעג, און מען דארף אנגרייטן די שטוב - דארף מען צעטיילן די ארבעט צווישן מאן און ווייב, די ווייב שטעלט אהער דעם יום טוב, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז דער מאן מאכט איר פרייליך, אז ער קומט אהיים פרייליך, און מאכט צייט איר אויסהערן און אויסרעדן.


דיין ארבעט איז בארואיגן דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, און זיך אינאיינעם איבערגעבן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט, זיך יעדן טאג איבערגעבן צום אייבערשטן, בפרט ווען עס קומט א שבת און א יום טוב דארף מען זיך פון פריש איבערגעבן צום אייבערשטן; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר, הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם 'צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט', ווייל אז איך האב זיך איבערגעגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט, "וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב, לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד", אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה, בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; וועט זי קענען אויפנעמען אלע ימים טובים רואיג מיט שמחה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#206 - מוז מען נאכגעבן די ווייב'ס שווערע פארלאנגען?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים און בריוו.


איך וויל וויסן אויב עס איז א נארמאלע זאך אז א פרוי זאל געבן פאר איר מאן א ליסטע פון זאכן וואס ער דארף טון אין די קומענדיגע צוויי וואכן, און אויב נישט וועט זי אים איבערלאזן?


און נישט קיין גרינגע זאכן, נאר שווערע און אויך קאסבארע זאכן, ער מוז טרעפן א הויז פונקטליך וואו און ווי אזוי זי האט ליב, וואס איז ממש נישט מעגליך צו שאפן; ער מוז טוישן די וועג ווי אזוי ער גייט אנגעטון אז עס זאל זיין מער 'היינטיג', אינגאנצן אנדערש ווי אזוי ער איז צוגעוואוינט, ער מוז איר צושטעלן א רוימערקע פאר כאטש דריי מאל א וואך פאר א גאנצן טאג, און אזוי ווייטער זאכן וואס זענען שווער אדער ממש אוממעגליך צו קענען נאכקומען.


וואס פונקטליך דארף דער מאן טון אין אזא סיטואציע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פון די פראגע זעט מיר אויס אז עס פעלט פון די ליבשאפט פון צווישן ענק, און דאס מאכט איר רעדן אזוי שארף.


וואס איז שייך צו זאגן? מען דארף אלעס טון צו האלטן די שטוב, און זיך חס ושלום נישט גט'ן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צ): "צְרִיכִין לִזָּהֵר מְאֹד מְאֹד, שֶׁלּא לְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ", מען דארף זיך זייער זייער אכטונג געבן מען זאל נישט צוקומען צו צעברעכן א שטוב, עיין שם.


לדעתי זאלסטו טוישן די וועג ווי אזוי דו פירסט זיך אין שטוב, זאלסט מכבד זיין דיין ווייב, זאלסט רעדן צו איר מיט דרך ארץ, מיט ליבשאפט, און זאלסט איר געבן געלט פאר וואס זי דארף; מכבד זיין די ווייב איז זייער הייליג, און דאס איז א יסוד אין ברסלב'ע חסידות. קוק דעם רבינ'ס ווערטער (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב, "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל די ווייבער ליידן אין לעבן זייער אסאך צער, זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, צער העיבור, צער הלידה און צער גידול בנים.


זייער פיל האט דער רבי אונז מחזק געווען אויף שלום בית, ווייל חס וחלילה אויב מען גט זיך ווערט מען פארכאפט אין א ביטערע פאסטקע פונעם יצר הרע, השם ישמרינו; דער רבי זאגט (שם, סימן רסג): "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה שטן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


אז דו וועסט רעדן צו איר מיט ליבשאפט, דו וועסט איר געבן געלט און דו וועסט איר פרייליך מאכן - וועט דער אייבערשטער זיין מיט ענק און עס וועט ענק גארנישט פעלן. אזוי ווי עס ווערט געברענגט (ספר מנורת המאור נר ג' כלל ו' חלק ד', פרק א): "אם האשה נוהגת כראוי", אז די פרוי איז ערליך, זי פירט זיך ערליך, "מצוה על בעלה לכבדה ולשמחה", איז א מצוה אויפן מאן איר צו מכבד זיין און איר פרייליך מאכן, "ושלא יכניענה יותר מדאי", און נישט איר אונטערדריקן, "וזהו טוב לו, גם יזהר שלא יענה אותה באונאות שלא כדין או באונאת דברים", און ער זאל איר נישט טשעפען, "ויהא זהיר בתבואה בתוך ביתו", און ער זאל זען צו ברענגען פרנסה, "כדי שלא יבואו למריבה על זה", כדי מען זאל זיך נישט קומען קריגן, "ואם יתנהג עמה כראוי, יהיה שלום ביניהם, והשכינה מגן בעדם", און אויב מען וועט זיך אזוי פירן, וועט זיין שלום און די שכינה וועט זיי באשיצן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל און פארשטאנד ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט דיין ווייב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#205 - ווי אזוי מאכט מען דעם מאן פאר א נארמאלער מענטש?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז דא א שיינע וועג צו זאגן פאר איינעם, "דו שמעקסט געפערליך, דיין האר פליעט, דו דארפסט זיך אנטון פרישע קליידער; לייגן דיארדארענט העלפט נישט ווען עס איז שוין דא א שמעק, נאר פאר דעם; נעם א שויער און זיי א נארמאלער מענטש, טו זיך אן נאכט קליידער פאר'ן גיין שלאפן, און ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי קענסטו אנטון פרישע קליידער"?


איך האב אים דאס נישט געזאגט, כאטש וואס עס איז מיר זייער שווער; איך האב אים נישט אנגעשריגן, אבער די זאכן מוזן זיך טוישן; ער דארף זיך שוין צוזאמנעמען, אפילו נאר אביסל. איך בין שוין מוחל דאס גיין מיט הויזן וואס פאלן אראפ ביז דער ערד, אבער נישט צו גיין יעדן טאג מיט די זעלבע קליידער יעדן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א טעות ביי יונגע קאפלס דאס נישט רעדן ווען עפעס שטערט וכו', מען דארף יא רעדן, שלום בית איז נישט שווייגן און זיך אויפעסן איינער אויפן צווייטן; מען דארף יא רעדן, און מען דארף יא זאגן וואס שטערט, נאר וואס דען? מען דארף רעדן שיין, ווייך און הארציג.


אז אייער מאן טוישט נישט זיינע קליידער און באדט זיך נישט ביז עס גייט א גערוך קען מען דאס שיין אויסשמועסן, מען קען שיין רעדן; דער עיקר איז נישט יענעם אוועק מאכן, נאר פארשטיין געבן ווי עס שטערט און עס מאכט ווייטאג.


אויסער דעם, קען א קלוגע פרוי דערגיין די סיבה דערפון, צי איז דאס פון נישט וויסן אדער גאר פון יאוש; אויב איז דאס פון אומוויסנקייט, פון נישט ווערן מחונך - קען מען דאס לערנען און שטייטלעך און צוביסלעך קען מען דאס טוישן, און אויב קומט דאס פון יאוש קען אויך די קלוגע פרוי אויפבויען און שטארקן, אריינבלאזן א האפענונג וכו' וכו'.


דער עיקר זאלט איר בעטן אסאך דעם אייבערשטן צו זען דאס גוטס פון אייער מאן, און עס זאל זיין א שטארקע ליבשאפט צווישן ענק, ווייל ווען עס איז דא א שטארקע ליבשאפט - פאלט אלעס אוועק, ווען מען האט זיך שטארק ליב - באדערט נישט די אלע זאכן, און געדענקט די טייערע זיסע ווערטער פון רבי'ן וואס איז אזוי וויכטיג פארן לעבן, דער רבי האט געזאגט: "אויב באדערן, באדערט מיר אסאך זאכן, באדערט מיר גארנישט"; מיט די שכל קען מען לעבן א חיים טובים, א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#204 - פארוואס איז מיין מאן אזא שלימזל?
חובות, התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? ווי לאנג נאך וועט אונז דער אייבערשטער אויספרובירן? מיין מאן קלאפט זיך, אז ער איז געבוירן א שלימזל, ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, און מיט רעכט, ער באקומט נאר ניין'ס פון יעדע פרנסה אין וואס ער געט זיך איין, די חובות וואקסן יעדן טאג, ווי אזוי קען מען לעבן אזוי טאג איין טאג אויס?


אפשר קען ראש ישיבה שליט"א מיר ענטפערן און מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט איז אייער עבודת השם צו מחזק זיין אייער מאן, אים זאגן: "עס וועט נאך זיין גוט, עס וועט פאסירן א נס, עס וועט קומען שפע"; יעצט דארפט איר זיך ארויסשטעלן אלס דער שטארקער, נישט וויינען און נישט אראפקלאפן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב; אז אויב די ווייב איז קלוג, זי ווייסט וואס צו טון אין די צייטן וואס עס איז ענג; שטארקן איר מאן, אים מוטיגן - וועט אריבער גיין די טעג און עס וועט קומען עשירות, און אז די פרוי איז אויך בקטנות הדעת, זי שלעפט נאך מער אראפ די מצב, זי וויינט מיט, זי קרעכצט מיט, זי קוקט מיט א נישט גוטע אויג - דעמאלט ווי קען זיין עשירות? דאס זאגט דער רבי: 'עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה', דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.


זארגט נישט וועגן די חובות, איר זאלט שמייכלען צו אייער מאן און אים געבן גוטע ווערטער, און ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אין אייער שפראך מיט די וועג ווי אזוי איר רעדט צו א גוטע פריינד, אים בעטן ער זאל ענק געבן שפע, ענק זאלן האבן פרנסה; וועט איר זיכער זען א גרויסע נס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#203 - די מאמע זאגט פאר די קינדער אנדערש פונעם טאטן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה אין שלום בית, און איך וויל וויסן אויב איך טו ריכטיג. איך בין אויפגעוואקסן מיט געוויסע זאכן וואס מען איז געווען זייער שטרענג ביי דעם, און מיין מאן איז נישט אזוי מקפיד אויף דעם, און איך ווייס נישט אויב איך האנדל דאס אויפ'ן ריכטיגן וועג.


צום ביישפיל, איך ווייס אז א קינד גייט אייביג און אלעמאל מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און ווען מיין מאן באדט די קינדער איז ער נישט אזוי מקפיד אנצוטון גלייך דעם קאפל די ערשטע זאך, אויך ביים אנטון די קינדער נאכט קליידער קענען זיי זיך דעמאלט ארומדרייען אן א קאפל. איך האב פרובירט עס איבערצושמועסן איינמאל מיט מיין מאן שיינערהייט, עס האט אבער נישט געהאלפן, האב איך אנגעהויבן זאגן פאר די קינדער אליין אז מען מוז אלץ האבן דעם קאפל אויפ'ן קאפ, זיי זאגן מיר אבער אז טאטי זאגט אז מען דארף נישט.


איך האב באשלאסן אז איך גיי מער נישט רעדן וועגן דעם, איך טראכט אז כדי די קינדער זאלן קענען אויפוואקסן נארמאל און ערליך, מוז זיין שלום בית אינדערהיים, האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן דעם.


איין טאג נאכ'ן באדן די קינדער, זע איך ווי די קינדער טאנצן ארום אן די וועש, איך האב פארשטאנען אז מיין מאן האלט נישט אז עס איז א פראבלעם, האב איך שוין גארנישט געוואלט זיי זאגן וועגן דעם, איך זע אז עס העלפט סיי ווי נישט, ווייל מיין מאן איז נישט מיט מיר אין איין מיינונג איבער דעם, און איך וויל נישט די קינדער זאלן ווערן צעמישט צווישן טאטי און מאמי, אז מאמי איז די פרומע.


איך האב נישט קיין טענות אויף מיין מאן, איך טו אויך זאכן וואס ער גלייכט נישט, איך וויל נאר וויסן וואס איז ריכטיג צו טון אין אזעלכע פעלער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר זענט מחנך די קינדער און זיי זאגן אייך אז טאטי זאגט מען דארף נישט, טאטי לאזט - זאלט נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט זיי, זאגט זיי ווייטער וואס איז ריכטיג, זאגט זיי: "דו ביסט א וואוילע זיסע קינד, און טו וואס מאמע זאגט דיר".


דאס איז קלאר אז מען טאר קיינמאל נישט זאגן פאר קינדער: "טאטע קען נישט קיין הלכות, טאטע איז אן עם הארץ, טאטע אינטערעסירט נישט די חינוך", (אפילו ווען עס איז באמת אזוי), דאס איז די ערגסטע זאך, נאר ווייטער זאגן וואס איז ריכטיג, און אז מען דארף פאלגן וואס א מאמע זאגט.


דאס איז די וועג ביי קינדער ווען מען איז זיי מחנך, זיי זוכן זיך תירוצים נישט צו דארפן טון וואס מען הייסט זיי, למשל ווען דער מנהל זאגט זיי עפעס צו טון, וועלן זיי זאגן 'דער מלמד לאזט יא', און ווען דער מלמד זאגט עפעס צו טון, זאגן זיי 'דער מנהל האט געזאגט מען מעג', און אז דער מנהל און דער מלמד זענען נישט שטארק מיט זיך און מיט וואס זיי זאגן, פאלן זיי פאר די קינדער; די זעלבע זאך איז אין שטוב, פאר די טאטע זאגט מען: "מאמי לאזט!" און פאר די מאמע זאגט מען: "טאטי לאזט!"


עלטערן דארפן וויסן, ווען קינדער ווילן עפעס פועל'ן, זיי ווילן גיין ערגעץ, גייען זיי פרעגן איינע פון די עלטערן, למשל די מאמע, און אז די מאמע זאגט: "פרעג טאטי" - וועלן זיי קומען פרעגן מיט א חכמה, זיי וועלן נישט קומען מיטן אמת, זיי וועלן זאגן: "מאמי זאגט אז זי לאזט, אבער זי וויל מען זאל אויך פרעגן טאטי", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל די מאמע האט בסך בכל געזאגט "פרעג טאטי"; איז דער טאטע א שטארקער, א קלוגער זאגט ער זיין מיינונג וואס איז ריכטיג; איז ער מיד, אדער שוואך, זאגט ער: "אהה מאמי לאזט, איך לאז אויך"; לויפן זיי צוריק צום מאמען זאגן אז טאטע האט גאר געהייסן מען גייט גיין וכו'.


זייט ווייטער מחנך אייערע קינדער זיי זאלן זיין איידל, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, און ווען זיי זאגן אייך אבער טאטע אהער און טאטי אהין - קענט איר זיי געבן א שמייכל און ווייטער פארלאנגען וואס איז ריכטיג.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#202 - ווי אזוי קוקט מען גוט אויפ'ן לעבן?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שיינע בריוו אז דאס לעבן ליגט נאר אין מיינע הענט, עס איז נישט די מאן און די קינדער, עס איז נישט די שכנים און אנדערע, עס איז נאר אז איך אליין דארף אנהויבן קוקן גוט אויפ'ן לעבן, און דעמאלט וועט מיר ווערן גוט אין לעבן; איך ווייס אבער נישט וואס צו טון צו ווערן פרייליך.


אסאך מאל שפיר איך זיך אזוי שטארק צעבראכן, איך פיל אז קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איך לייד.


איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, איך פרוביר אזוי שטארק אים צו דערציילן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער איך שפיר נישט אלעמאל ווי מען הערט מיר אויס, חס ושלום, און דאס מאכט אז איך זאל זיך נישט קענען אלעס אויסרעדן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה צו קענען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, צו קוקן גוט אויף מיין לעבן, צו קוקן גוט אויף מיין מאן, נישט צו מקנא זיין א צווייטן, נישט פרובירן זיך צוצוגלייכן צו א צווייטן?


יישר כח פאר'ן מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, יישר כח פאר'ן מיר לאזן דערציילן אלעס וואס שטערט מיך, אן דארפן מורא האבן צו ווערן אוועקגעווארפן און אראפגעקוקט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה אויף שמחה, בעטס די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, ביז איר וועט זוכה זיין צו זיין פרייליך. מוהרא"ש זאגט, אנשטאט צו בעטן באזונדער אויף פראבלעמען - זאל מען בעטן דער עיקר אויף שמחה, וועלן ממילא אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דאס גייט נישט אין איין טאג, מען דארף האבן סבלנות, בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות ומרה שחורה.


דא האט איר די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, נעם אוועק פון מיר די דעפרעסיע און שווארצע וואלקענס, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#201 - מעג א פרוי זיך שיין מאכן די פנים?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב האט וואונדן אויפ'ן פנים וואס מאכט איר אויסקוקן נישט גוט; מעג מען, אדער זאל מען, לייגן מעיקאפ אויפ'ן פנים זיך צו מאכן שיין דעם פנים עס זאל נישט אויסקוקן מיאוס? אדער אפשר נאר אום פרייטאג לכבוד שבת קודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי מעג מען זיך שיין מאכן די פנים, נישט נאר מען מעג, עס איז א מצוה אויסצוזען גוט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#200 - פארוואס איז מיין ווייב אזוי שלעכט צו מיר?
שלום בית, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מער נישט קיין כח, מיין ווייב זאגט מיר א גאנצן צייט אז איך זע נישט אויס גוט, און עס איז אזא שאד אז זי האט נישט געזאגט ניין גלייך נאך די בעשוי, זי האט מיר עס שוין געזאגט אזויפיל מאל אז איך אליין הויב שוין אויך אן אזוי צו טראכטן.


מיר האבן ברוך ה' קינדערלעך, דעריבער ווייס איך אז עס גייט גארנישט פאסירן, איך וויל אבער אזוי שטארק אז עס זאל יא זיין גוט און געשמאק אינדערהיים. אינדרויסן פון הויז בין איך זייער א געלונגענער מענטש, יעדער האט מיר ליב, און נאר אינדערהיים שפיר איך זיך ווי א נאר און א לא יוצלח.


איך ווייס אז אלעס קומט צוליב מיינע עבירות, וואס קען איך אבער טון? איך האב ברוך ה' נישט קיין שום כלי וואס מען קען אויף דעם זען שלעכטע זאכן, אויפ'ן גאס דארף איך גיין און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל היטן מיינע אויגן, און איך זאג משניות, און וואס טו איך יעצט ווייטער? איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן.


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב דעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז מיר מחי' און מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער נישט באליידיגט פון דיין ווייב, נעם עס נישט צום הארצן, אזוי ווי קליינע קינדער ווען זיי זענען נישט פרייליך און זיי גייען אריין אין א כעס קענען זיי זאגן נישט שיינע ווערטער פאר טאטע מאמע, צום ביישפיל: "ביסט נישט קיין גוטע טאטע", "ביסט אן עקלדיגע מאמע", און עלטערן ווייסן און פארשטייען אז די קינד האט זיי נאכאלץ ליב, און עלטערן וועלן קיינמאל נישט אפלאזן די קינד, אזוי אויך מאן און ווייב, ווען מען ווערט איבערגעשטרענגט און מען צערעדט זיך מיט נישט שיינע ווערטער איינער אויפן צווייטן, טאר מען דאס נישט נעמען פערזענליך, נאר געדענקען אז דאס איז א נסיון וואס מען פרובירט אויס דעם מענטש צו זען אויב ער וועט זיך פארלירן אדער נישט.


עס איז טאקע זייער נישט בא'טעמ'ט צו הערן די ווערטער פון די ווייב, אבער איך בעט דיר נעם עס נישט פערזענליך. קענסט איר זאגן אז עס טוט וויי דאס צו הערן, און "נאכאלץ האב איך דיך זייער ליב וכו' וכו'", און נאכאלץ זאלסטו איר אהיים ברענגען גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.), רבי חייא האט געהאט א ווייב מיטן נאמען יהודית, זי פלעגט אים זייער אסאך טשעפען, זי פלעגט אים זאגן: "א שאד איך האב נישט געזאגט ביים בעשוי 'ניין'", זי פלעגט אים זאגן: "ביסט נישט שיין וכו' וכו'", מיט דעם אלעם, ווען ער האט געזען א גוטע זאך האט ער איר דאס אהיים געברענגט, און זיין תלמיד דער הייליגער רב, וואס איז אויך געווען א שוועסטער קינד (נעפיו) און געוואוסט וואס טוט זיך אין שטוב – האט אים געפרעגט: "פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן, זי טשעפעט דיך, זי טוט דיך וויי?" האט רבי חייא אים געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


קלאפ זיך נישט, עס קען זיין אז דו דארפסט טאקע תשובה טון, אבער אויך זי דארף וויסן אז מען רעדט נישט אזוי צום מאן, דו בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#199 - פארוואס האט מיר דער ראש ישיבה שליט"א פארשעמט?
שלום בית, מדות טובות, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט זייער שטארק אז מען טאר נישט וויי טון אדער פארשעמען קיין שום איד אין שול, און עס איז די ארבעט פון די גבאים אכטונג צו געבן אויף דעם.


די בריוו איז זייער שיין און אמת, און איך בעט איבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן פרעגן, אבער עס טוט מיר וויי צו זען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דאס, אין די צייט וואס פאר א האלב יאר צוריק בין איך געזעסן ביים ראש ישיבה שליט"א מיט מיין ווייב, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריגן אויף מיר קולי קולות אין פארנט פון מיין ווייב, און נאך מענטשן וואס האבן זיך דארט געדרייט.


איך פרעג נישט חס ושלום צו טשעפען, עס טוט מיר נאר באמת וויי, איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך מיט אמת און אויפריכטיגקייט, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן אזוי שארף קעגן וויי טון און פארשעמען, אין די צייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס געטון צו מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, ביסט געזיצן ביי מיר אפאר שעה מיט דיין ווייב, אין אנהייב האב איך זיך זייער אכטונג געגעבן, איך האב פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, אבער נאכן הערן ווי דו שינדסט איר הויט, די וועג ווי דו רעדסט צו איר, ווי דו דערנידערסט איר - האב איך דאס מער נישט געקענט נעמען און דיר געזאגט וואס איך האב דיר געהאט צו זאגן.


די וועג ווי אזוי דו האסט גערעדט צו דיין ווייב האב איך אין מיין לעבן נישט געהערט, איך האב שוין אסאך געזען, אבער די וועג ווען מען זיצט מיט א דריטן און מען וויל אויסארבעטן שלום, מען וויל מאכן פשרות, און דו שטעכסט, און רעדסט אזוי געמיין - דאס האב איך נישט געזען.


שפעטער ווען איך האב געזען אז דו האסט זיך באליידיגט, האב איך געטראכט א שאד די צייט, א שאד איך האב אוועקגעגעבן אזויפיל צייט, מיינע תלמידים האבן געווארט אויף מיר איך זאל מיט זיי גיין אויף א נסיעה צו מקומות הקדושים, די איין מאל א יאר וואס איך קום קיין ארץ ישראל און די בחורים פון ישיבה ווארטן צו זיין אביסל מיט מיר, האב איך דאס אוועק געגעבן, איך האב אלעס געלייגט אין דער זייט צו מאכן שלום, עס זאל זיין השראת השכינה ביי ענק.


הלואי זאלסטו יעצט אננעמען די ווערטער וואס איך האב דיר דעמאלט געזאגט, איינבייגן דעם קאפ פארן אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, ווייל נאר אז מען האט שלום בית, מען רעדט שיין, מען רעדט איידל, מען רעדט מיט דרך ארץ - איז דא השראת השכינה מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - רעדן שיין צו די ווייב?
שלום בית, לימוד התורה, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף חיזוק אויף צו רעדן שיין צו מיין ווייב, איר צו געבן גוטע ווערטער, איר אויסצוהערן, און צו וויסן און געדענקען אז ווען זי וויינט איז עס נישט עק וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זייער אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב, זאלסט רעדן שיין צו איר, זאלסט רעדן ווייך צו איר, מיט די גרעסטע כבוד און דרך ארץ. מען קען זען אויפן מענטש ווי אזוי ער רעדט אין שטוב צו זיין ווייב; דער וואס רעדט שיין מיט דרך ארץ - דער איז אן ערליכער איד.


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג דערמאנט מיר זאלן נישט פארגעסן ווי מיר האבן אויסגעקוקט איידער מיר האבן חתונה געהאט, ווי צעבראכן מען איז געווען, ווי מען האט שוין אויפגעגעבן אז מען וועט נאך אמאל חתונה האבן און האבן א שטוב. מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן יעדן אינדערפרי זאגן פארן אייבערשטן א דאנק און א לויב אויף דעם וואס מען האט א ווייב, מען איז חתונה געהאט.


דאס אז דיין ווייב וויינט - דאס איז ביי אלעמען, דאס איז די נאטור, פרויען זענען מער געפיליש, מער הארציג, וויינען זיי שנעלער, דעריבער זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זייער אכטונג געבן נישט טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט גרינגער און שנעלער.


מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא, ועוד. לערן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען ווייטער לערנען. הלואי זאלסטו יעדן טאג גורס זיין אכצן פרקים משניות, לערן אין שטוב אויפן קול, לערן מיט א ניגון, דיין ווייב וועט זיך מחי' זיין ווען זי וועט דיך זען לערנען, אז מען לערנט ווערט מען איידל, מען רעדט איידל און מען האט א גוטע שלום בית.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - וואו איז מיין מאן אוועקגעפלויגן מיט'ן טעבלעט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קאמפיוטער, אידישע שטוב, טעבלעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואוסט אז דאס וועט פאסירן אויב מיין מאן באקומט א טעבלעט. ער קומט אהיים פון די ארבעט, מיר זיצן ביים טיש און ער קוקט נישט אויף מיר בכלל, נאר אויפ'ן טעבלעט, מיר גיין שלאפן און ער איז אויפ'ן טעבלעט, איך וויל רעדן צו אים און ער איז פארנומען מיט'ן טעבלעט, און זעט גארנישט עפעס אנדערש אויסער זיין טעבלעט.


איידער ער האט געהאט דעם טעבלעט, ווען ער האט מיר געזאגט א צייט ווען ער קומט אהיים, איז ער דעמאלט געווען אינדערהיים, אבער יעצט אויב וועל איך אים נישט רופן, קען ער בלייבן אינדרויסן פאר לאנגע שעות.


איך ווייס אז ער איז נישט שלעכטס, אבער עס הרג'ט מיר אוועק אינגאנצן. איך מוז באטאנען אז דער טעבלעט האט א פילטער, אבער ער איז ממש צוגעקלעבט צו די סקרין. איך שפיר ממש ווי אין גיהנום, איך בין ממש פארלוירן.


מיר ווארטן ברוך ה' א שמחה, אבער אנשטאט צו זיין פרייליך, איז מיר בכלל נישט אינטערעסאנט דאס לעבן, איך שפיר בכלל נישט ווי איך האב א מאן, זיין קאפ און מח איז ערגעץ אוועקגעפלויגן, נישט מיט מיר.


מיר דארפן זייער וויכטיג הילף, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס עס איז דא צו זאגן? דער טעבלעט, טעלעפאן, קאמפיוטער - מאכט חרוב שטובער, עס פארטרייבט די שכינה הקדושה. מוהרא"ש אין די בריוו רופט אן דעם קאמפיוטער - מכשף, כישוף מאכער, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די נאמען כישוף? "שמכחישין פמליא של מעלה", זיי מאכן שוואך די כוחות פון די קדושה, און דאס איז די קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן וכדומה לזה.


בעטס דעם אייבערשטן אייער מאן זאל עס אפלאזן און אוועק ווארפן, בעטס ביי די שבת לעכט דעם אייבערשטן אז אייער שטוב זאל זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטס. נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו האבן א הייליגע שטוב, די טומאה כאפט זיך אריין אין די שענסטע שטיבער, ביי די שענסטע משפחות. ממש וואס דער נביא שרייט (ירמיה ט, כ): "כי עלה מות בחלונינו בא בארמנותינו להכרית עולל מחוץ בחורים מרחבות", עס מאכט חרוב די יוגנט, און נאר מיט תפילה פאר ערליכע דורות, מיט וויינען צום אייבערשטן - קען מען זוכה זיין צו האבן א ריינע שטוב.


איר מעגט זאגן אייער מאן שיינערהייט מיט שטארקע ליבשאפט: "אפשר איז בעסער פאר די שטוב עס זאל נישט זיין?" מען מעג רעדן, מען דארף רעדן, אבער עס מוז גיין מיט גרויס ליבשאפט און מיט איידלקייט, נישט דער מאן זאל שפירן ווי מען טיילט אים איין וואס צו טון, כאילו ער איז נישט בעל הבית; מען מוז צו דעם האבן גרויס חכמה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - זאל איך זיך אנטון אזוי ווי מיין ווייב וויל?
שלום בית, כיבוד אב ואם, קליידער, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל זייער אז איך זאל זיך אנטון אנדערש ווי מען גייט ביי אונז אין די משפחה. איך וויל עס אבער  נישט טון, ווייל איך בין זייער שטארק מכבד מיין טאטע, און דאס וועט אים זייער שטארק מצער זיין.


מיין ווייב זאגט מיר כסדר אז מיין טאטע איז ביי מיר מער חשוב ווי איר, און דאס איז א זאך וואס שטערט איר זייער שטארק. איך ווייס נישט וואס צו טון, זאל איך ענדערש טון מיין ווייב'ס ווילן, אדער ענדערש מכבד זיין מיין טאטע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל דו זאלסט גיין אנגעטון אנדערש ווי דיין טאטע און דאס מאכט צער פאר דיינע עלטערן - זאלסטו חס ושלום מצער זיין דיינע עלטערן, און אז דיין ווייב וועט אנהייבן זינגען דעם אלעמען באקאנטן ניגון: "האסט מער ליב דיין טאטע ווי מיך", "דיין טאטע איז דיר מער חשוב ווי מיך" - זאלסטו איר שיין זאגן: "איך האב דיך זייער ליב, דו ביסט מיר זייער חשוב, און נאכאלץ וויל איך נישט מאכן צער פאר מיינע עלטערן".


געדענק, מען דארף רעדן שיין אין שטוב און נישט גיין אין ויכוחים, און אז די ווייב וויל דו זאלסט אראפנעמען דיין בארד, זאלסטו איר זאגן שיין און איידל: "מיין בארד איז מיר זייער טייער", און פאל נישט ווען זי וויינט און זאגט: "האסט מיך נישט ליב"; זאלסטו צו איר ווייטער רעדן מיט כבוד, איר ווייטער זאגן שיינע זיסע ווערטער ווי שטארק דו האסט איר ליב, און נישט טענה'ן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#195 - מעג מען זיך צופיצן די בארד?
שלום בית, פרנסה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן וויל פרעגן אויב מען מעג זיך קורצער מאכן די בארד.


פון ווען איך האב אים געזאגט אז די בארד איז די צינורות פון פרנסה, דאס ברענגט די פרנסה, רירט ער נישט אן בכלל די בארד, אבער עס שטערט מיר אז ביי איין זייט איז עס לענגער, מער ער עס אביסעלע צופיצן? אדער הייסט דאס שערן די בארד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס נישט פון אייער מאן ער זאל זיך צו-פיצן די בארד, די בארד איז זייער הייליג און זייער וויכטיג פארן מענטש מיט זיינע דורות, יעדע איינצעלנע האר פונעם בארד איז שרעקליך הייליג.


די בארד ברענגט פרנסה, די בארד ברענגט שפע, די בארד איז די צינורות, יעדע איינצעלנע האר פונעם בארד איז אזוי הייליג, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס טייערקייט און הייליגקייט פון דעם.


א גוט שבת.

#194 - ווי אזוי קען איך אויסהיילן די שווער הארץ אויף מיין ווייב?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי קען איך ארויסנעמען די שווער הארץ וואס איך האב אויף מיין ווייב?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן מיר זאלן זיך ליב האבן און לעבן בשלוה, אבער די אלטע ווייטאגן (און אויך די פרישע) לאזן נישט. איך בין אויסגעברענט פון פרובירן נאכאמאל און נאכאמאל.


איך פיל ווי מיר לעבן סתם געמאכט. מיר וואוינען אין איין הויז מיט קינדער, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי מער מען חזר'ט אמונה - גייען ארויס ווייטאגן פון הארץ. אז מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס האט א חשבון פינקטליך ווי אזוי עס זאל זיין - גייען ארויס אלע ווייטאג, און ווער רעדט נאך אז מען ווערט מקורב צום צדיק אמת, דער הייליגער רבי - וואס עפנט אונז די אויגן און לערנט אונז ווי אזוי מיר זאלן אנקוקן א צווייטן, מיט רחמנות געפילן און דן זיין לכף זכות, בפרט ווען מען רעדט פון די ווייב; צו קוקן אויף איר מיט רחמנות געפילן, ווי זי ליידט אין לעבן פון די קינדער, און וואס זי גייט אריבער וכו' וכו' - דעמאלט גייען ארויס אלע ווייטאג.


אז דיין ווייב האט דיר אסאך וויי געטון און דו קענסט נישט ארויסנעמען די ווייטאג פון הארצן, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי התבודדות, זאג: "רבונו של עולם איך האב שוין מער נישט ליב מיין ווייב, עס איז אפגעקילט געווארן די ליבשאפט, איך בין געווארן זייער וויי געטון אלע יארן פון איר, איך קען איר נישט מוחל זיין, אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל איר קענען מוחל זיין, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס וואס איך בין אריבער, אלע מיינע ווייטאג - האט נישט מיט איר, דאס האב איך געדארפט אריבער גיין, זי איז נאר ליידער געווען די שליח דאס אויסצופירן, און אז זי וואלט עס נישט געטון - וואלט עס א צווייטער געטון. אנא ה' העלף מיר איך זאל לעבן מיט א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס אויף די וועלט ביסטו, און ווען עס גייט מיר גוט איז דאס דו, און ווען עס איז חלילה פארקערט - איז דאס ווייטער דו. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען מוחל זיין מיין ווייב מיט מיין גאנצע הארץ, און בזכות וואס איך וועל איר מוחל זיין - זאלסטו מיר מוחל זיין אויף וואס איך האב געטון אזויפיל עבירות. הייליגער באשעפער, איך בין דאך אויך יענער באנדיט, איך האלט אין איין צוריק פאלן, וויפל איך זאג דיר צו אז איך גיי זיין אפגעהיטן, איך גיי מער נישט זינדיגן - פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, בעט איך דיר זייער, זיי מיר מוחל, העלף מיר איך זאל האבן אמת'ע שלום בית בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר די שכינה הקדושה, זיי האבן אלעס אוועק געגעבן נאר אז עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#193 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
שלום בית, כיבוד אב ואם, מחלוקת, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר נישט צו מוטשען דעם ראש ישיבה שליט"א סתם אזוי, אבער עס איז שוין עק וועלט, מיין טאטע און מאמע רעדן נישט איינער צום צווייטן שוין א לאנגע צייט, און צוביסלעך ווערט עס ערגער און ערגער, ביז מען הויבט שוין אן פארלאנגען א גט רחמנא ליצלן, איך ווייס נישט אויב עס גייט טאקע אנקומען אזוי ווייט, אבער דער מצב איז זייער שווער און אנגעצויגן אין שטוב, איך ווייס נישט וואס מיינע אנדערע ברידער טראכטן, אבער איך וויל נאר אנטלויפן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס העלפן, ווייל איך שפיר ווי איך קען מער נישט. מיין טאטע האט נישט צו וועמען צו רעדן, און דעריבער דערציילט ער מיר אלעס, און באמת דארף ער מיר גארנישט דערציילן, איך שפיר עס סיי ווי סיי אינדערהיים.


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין מתפלל יעדן טאג פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


די צער פון קינדער וואס זעען די עלטערן קריגן זיך איז אזוי שרעקליך, מען קען פון דעם בארירט ווערן, עס איז א שרעקליכע ווייטאג, עס איז נישט צום אויסהאלטן; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן דיין ווייטאג און צו זען ווי דו ווערסט געפייניגט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט אריינמישן און חס ושלום נישט נעמען קיין זייט אין די מחלוקת, דו זיי ביידע מכבד, און בזכות די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע - וועסטו טרעפן דיין שידוך און לעבן מיט שלום און מיט ליבשאפט.


אויך זאלסטו דאווענען פאר זיי, בעט דעם אייבערשטן פאר זיי; עס זאל זיין ליבשאפט און שלום, ווייל תפילה איז אזוי שטארק, מען קען מיט תפילה אלעס איבערדרייען, מען קען מיט תפילה באקומען א שיינע זיסע שטוב מיט שלום און ליבשאפט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.