שאלה אין קורצן ענין
#125 - וואס טוט מען מיט חילוקי דעות צווישן עלטערן ווי אזוי מחנך צו זיין?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, מיין זעקס יעריגע טאכטער איז זייער אן אומצופרידענע, ווי אויך פארגינט זי נישט ווען איר שוועסטער אדער שכן וכדומה באקומט עפעס, ווען דאס געשעט פרוביר איך צו זיין שטרענג און איר מסביר זיין אז מען קען נישט אלעס האבן וואס א צווייטער האט, און דאס גלייכן.


זי גייט צי א טערעפיסט אין שולע, מיין ווייב האלט איז זי דארף עס האבן וועגן אירע שווערע נאטורן, די טערעפיסט האט געזאגט אז מען טאר נישט זיין שטרענג מען דארף נאר ארויס ווייזן מיטלייד צו איר, כדי איר צו ווייזן אז מען פארשטייט איר.


אסאך מאל ווען איך ווער שטרענג מיט איר, איך שלאג נישט ברוך ה', געבט מיר מיין ווייב א וואונק אז איך זאל אויפהערן און נאר שאקלען מיט'ן קאפ און איר געבן גערעכט פאר אלע אירע טענות און פראבלעמען, איך וויל וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט וויסן דער סוד צו האבן גוטע קינדער? תפילה איז דער סוד פאר גוטע קינדער; אז דו ווילסט האבן גוטע קינדער זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר זיי.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג דערציילן די מעשה פונעם חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


עס איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן זיין מיט איין דעה בנוגע די קינדער, דאס איז וויכטיגער פון אלעס; שלום בית איז זייער וויכטיג פאר די געזונט פון די קינדער, קינדער וואקסן אויף זיכער און געזונט ווען די עלטערן זענען איינשטימיג, ווען די עלטערן קריגן זיך נישט.


דעריבער איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן מחליט זיין ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם קינד, ווי אזוי צו באהאנדלען די שווערע נאטורן. אידישע קינדער האבן א תורה, אונזער וועג איז נישט ווי די טערעפיסטן לערנען, די תורה וועג איז יא מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען דרך ארץ און טון וואס איז ריכטיג, און ווען קינדער פארפירן און ווילדעווען - דארף מען זיי אויסלערנען דרך ארץ.


אבער דאס קענסטו טון אז דיין ווייב איז מיט דיר, אז זי פארשטייט אויך אז דאס איז די אמת'ע וועג, זי וויל פירן א שטוב אזוי ווי אלע אידישע שטיבער; דער טאטע איז שטרענג, ער איז מחנך, און די מאמע קומט אריין מיט די גלעט און ווייכע ווערטער וכו'. אבער אז זי וויל גיין מיט די לינקע וועג פון גארנישט זאגן פאר די קינדער, זיי לאזן אויפוואקסן מיט די שלעכטע נאטורן - דעמאלט וועט דאס קינד זיין די כפרה הינדל צווישן דיר און דיין ווייב.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין שלום אין שטוב, זיך נישט קריגן מיט דיין ווייב; דעמאלט וועט שוין זיין נחת און אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - וואס טו איך אז מיין ווייב לאזט נישט האבן ברסלב'ע זאכן אינדערהיים?
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב קונטרסים פון עצתו אמונה ביי מיר אין ספרים שאנק פריוואט פאר מיר צו לערנען, שוין לאנג וואס מיין ווייב זאגט מיר אז זי וויל עס נישט אינדערהיים, אנפאנג האב איך איר געזאגט, "איך טייל דיך נישט איין וואס דו זאלסט ליינען, און דאס איז פאר מיר, די מוזט עס נישט זען", אבער יעדע שטיק צייט פלעגט זי סטראשען אז זי גייט עס ארויסווארפן, האב איך איר געזאגט "ערלעדיגט, טו וואס דו ווילסט.


די וואך האט זי אנגעהויבן בלאזן וועגן דעם, איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און פרעגן, "אפשר זאגסטו מיר וואס דו זעסט אויף מיר שלעכט צוליב דעם וואס איך האב שייכות מיט'ן ראש ישיבה?", און איך זאג איר, "דו מוזט נישט האלטן פון ברסלב, אבער דו וואלסט זיך געדארפט פרייען אז דיין מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב, פאקטיש זעען די קינדער א טאטע וואס גייט דאווענען דריי מאל א טאג, ער לערנט, ער גרייט אן נעגל וואסער", ביז די טענה'רייען זענען אריין אין די הויכע טענער, האב איך אויפגעהערט.


נעכטן האט זי געבלאזן און מיר געשיקט מעסידזשעס וועגן דעם, איך האב עס איגנארירט. זי האט מיר געקלינגען, איך האב אבער גערעדט פון אנדערע זאכן. היינט אינדערפרי שטייט זי אויף פאר איך גיי און זי נעמט צוזאם אלע קונטרסים און לייגט עס אריין אין א זעקל און געבט מיר עס, איך האב עס גענומען און זיך נישט געקריגט מיט איר, זי איז געווען פרייליך און זיך באדאנקט פאר מיר, און איך האב איר גארנישט געזאגט.


וואס טו איך? וואס איז די ריכטיגע מהלך פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקות אין שטוב; אז דיין ווייב וויל נישט די ספרים אין שטוב - נעם עס ארויס, טו אלעס אין דער וועלט נישט צו צעברעכן דיין שטוב.


עסאיז דא גענוג וועגן ווי אזוי צו לערנען די הייליגע ספרים אן דעם וואס די ווייב זאל דארפן ווערן וויי געטון.


איך בעט דיר זייער, זיי זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן.


וואס קען מען טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט? וואס קען מען טון פאר דעם? דאס איז דער גלות, אז מען רעדט אויף צדיקים, מען איז מבזה צדיקים; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, וויינען און שרייען אז דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן, די לשון הרע'ס, די ליצנות, דאס מבזה זיין צדיקים - זאל שוין קומען צו א סוף. דער רבי זאל שוין אריינגיין אין די וועלט, זאלן אלע אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער און אנהויבן לעבן מיט אמונה, אלע זאלן דאווענען, זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#123 - דארף איך גיין מיט מיין ווייב צו וואקאציע, אויספלוגן, און געשעפטן?
שלום בית, וואקאציע, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע עצות און חיזוק און פאר'ן מיר געבן אזויפיל גוטע זאכן, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, משניות, בית נצחי, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך האב א וויכטיגע שאלה צו פרעגן, ברוך ה' מיר האבן א גוטע שלום בית, מיין ווייב איז א ערליכע פרוי ברוך ה', ווען עס קומט אבער צו איין זאך האב איך א פראבלעם.


פאר מיין ווייב איז וויכטיג צו גיין אסאך אויף וואקאציע, גיין גלות ליידן, גיין אויף אויספלוגן, און אזוי ווייטער. דער פראבלעם איז אבער אז די פלעצער וואו זי וויל גיין מיט מיר זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן, איין מאל בין איך געגאנגען מיט איר קיין פלארידא און איך בין נכשל געווארן אומווילנדיג אין שמירת עינים, און דעמאלט האב איך אנהויבן זייער נישט גוט שפירן, און איך האב עס אנגעהאנגען אין דעם, דער אייבערשטער האט מיר געוואלט געבן א סימן אז עס איז נישט גוט צו גיין צו די סארט פלעצער.


מיין ווייב רעדט זיך אויך אפ אז איך וויל נישט גיין מיט איר צו רוב פלעצער וואו זי וויל גיין אין די זומער, צו גוי'אישע מאאלס, פארקס, גוי'אישע געשעפטן, און דאס גלייכן. וואס זאל איך טון אז מיין הארץ לאזט מיר נישט אהינגיין, און איך שפיר אז איך קען נישט גיין קיין פלארידע וואס רוב זיכער גיי איך דארט נכשל ווערן אין ראיות אסורות און אויך אויפ'ן פליגער.


איך וויין יעצט בשעת איך שרייב די שורות, פארוואס וויל מיין ווייב איך זאל גיין צו פלאצער וואס גייט מיר פארברענען מיין נשמה? איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה  מיר צו געבן אן ענטפער וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


גיי מיט איר אויף וואקאציע; וואס איז אזוי געפערליך צו גיין אביסל מיט די ווייב זיך אפרוען, עס איז נישט כדאי צו מאכן וועגן דעם א רייבעריי, געב נישט דעם סמ"ך מ"ם ער זאל צעברעכן דיין שטוב, געב אכטונג אויף דיין שלום בית. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", אזוי כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ער לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


גיי מיט איר וואקאציע, גיי מיט איר איינקויפן, גיי נישט אויף א פלאץ וואו עס איז דא פריצות. אז דו גייסט זיך אפרוען - זאלסטו נישט גיין צום ים וואו עס איז דא פריצות, גיי מיט איר שפאצירן און איינקויפן, וועט זי לעבן מיט דיר בשלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - איך שפיר ווי איך פאל שוין צוזאם, וואס טו איך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז מיר שווער ארויסצוברענגען וואס מיין פראבלעם איז; איך האלט אין איין האבן די געפיל ווי איך פאל צוזאם, ווי איך קען מער נישט אנגיין, און איך ווייס נישט וואס איך קען טון דאס צו טוישן, און מיין מאן און קינדער ליידן אויך פון דעם.


איך וויל נאר אוועקלויפן פון מיינע פראבלעמען, איך וויל אנטלויפן פון מיר אליין, איך בלייב אויף גאנצע נעכט צו קוקן מאוויס, און דאס שטערט זייער שטארק פאר מיין מאן.


קען איך נאך ווערן צוריק נארמאל? וואס קען איך טון אויפצוהערן טראכטן פון מיין פארגאנגענהייט? איך האב פרובירט אפצושרייבן מיינע פראבלעמען אויף פאפיר, אבער דאס האט נאר געמאכט ערגער. איך האב פרובירט זיך צו באפריינדן מיט א חבר'טע אפשר וועט זי מיר קענען העלפן, אבער איך שפיר אז עס טרעט אריין צופיל אין מיין פריוואטקייט. וואס קען איך יא טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווארפט ארויס די שטן פון שטוב, קוקט נישט קיין מאוויס - וועט אייך גלייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - פארוואס שטערט מיר אז מיין מאן לאזט זיך וואקסן די בארד?
שלום בית, תפילה והתבודדות, שערן די האר, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך זייער באדאנקען, זייט מיר האבן אנגעהויבן הערן די חיזוק און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א האט זיך אונזער לעבן גאר שטארק פארבעסערט, ספעציעל איז אונזער שלום בית געווארן גאר שטארק בעסער.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. ערשטנס, מיר האבן זיך טאקע פארבעסערט אין גאר אסאך הינזיכטן זייט מיר זענען מקורב געווארן צו ברסלב, אבער עס שטערט מיר אז מיין מאן האט אנגעהויבן לאזן וואקסן זיין בארד, עס שטערט מיר שטארק די וועג ווי אזוי ער זעט אויס מיט א בארד, כאטש וואס איך ווייס די חשיבות דערפון.


צווייטנס וויל איך פרעגן וועגן שערן מיין האר, דאס איז א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געטראכט אפילו אז איך גיי עס טון, אבער זייט מיין מאן הערט די שיעורים שטערט אים זייער אז איך שער נישט די האר, ער דערמאנט מיר עס כסדר, ער האלט אין איין זאגן אז ער שפירט אז די שכינה רועט נישט אין אונזער הויז צוליב דעם. עס טוט מיר וויי אז איך קען אים דאס נישט געבן כאטש ער וויל עס אזוי שטארק, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז טראץ די פילע אנדערע גוטע זאכן וואס מיר טוען, וועט די שכינה נישט רוען ביי אונז נאר צוליב'ן נישט שערן די האר.


אויף דערווייל איז דאס נישט זאך וואס איז מיר מעגליך צו טון, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם ענין, פאר מיר און פאר מיין מאן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בארד און פיאות איז זייער א הייליגע זאך, עס זאל אייך נישט שטערן אז אייער מאן לאזט זיך וואקסן בארד און פיאות; דאס וועט ענק ברענגען פרנסה, דאס וועט ענק ברענגען ערליכע דורות.


איר קענט זאגן פאר אייער מאן ער זאל אריינדרייען זיין בארד, אבער איר זאלט אים חס ושלום נישט זאגן ער זאל שניידן די בארד. ווייל דער הייליגער זוהר הקדוש רופט די בארד: "די הייליגע רערן"; די בארד ברענגט די גאנצע שפע, די גאנצע פרנסה.


בנוגע זיך שערן וכו'; מען קען נישט צווינגען דאס צו טון, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געפיל צו פאלגן די הייליגע צדיקים וואס האבן אזויפיל גערעדט און געבעטן אידישע קינדער זאלן זיך פירן הייליג און ריין. די הייליגע צדיקים פלעגן וויינען צו אידישע טעכטער זיי זאלן זיך שערן די האר, ווייל דאס האלט אפ די גאולה.


דער הייליגער צדיק, דער מלאך פון הימל, דער סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו - האט געוויינט כל נדרי ביינאכט צו די ווייבער און זיי געזאגט: "וועגן אביסל האר האלט זיך אפ די גאולה".


מיט תפילה קען מען זוכה זיין זיך צו טוישן אינגאנצן.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייער מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - פארוואס האט מיר אנגעכאפט אזעלכע שרעקליכע פחדים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, אידישע שטוב, טעלעפאן, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין לעבן איז מיר זייער זייער גוט ברוך ה'.


איך האב געקוקט זייער א שרעקעדיג זאך, ווי א גוי האט אויפגעשניטן פיר מענטשן, אלע פון 20 יאר. זיי זאגן אז ער איז געווען אין די הויז נאך פאר די פיר זענען אהיימגעקומען. און יעצט ציטער איך אז ווען איך גיי ארויס פון הויז, גייט איינער אריין.


יעדע גערודער וואס איך הער, קלאפט מיין הארץ געפערליך שטארק, איך שאקל זיך פאר שרעק. איך טראכט אלע שרעקעדיגע זאכן אז קודם גיי איך זעהן ווי מען הרג'ט די בעיבי, נאכדעם מיין מאן חס ושלום, נאכדעם גייט מען מיך לאזן לעבן. איך טראכט אז איינער גייט הרג'ענען מיין טאטע און מאמע חס ושלום. איך ווייס נישט פון וואו די אלע פחדים זענען ארויסגעקומען פלוצלונג. איך האב זייער שטארק מורא פון די געגנט וואו מיר וואוינען. נעכטן ביינאכט בין איך איינגעשלאפן פינף אזייגער פארטאגס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט קיין מאוויס - וועט איר נישט האבן מער קיין פחדים; אלע אייערע צרות קומט פון קוקן מאוויס, דאס מאכט אייך פארגלאצט און פאר'חלומ'ט מיט די שטותים וואס איר האט געקוקט.


ווארפט ארויס אייער טעלעפאן. דער טעלעפאן איז אייער שונא, די מאוויס איז אייער פיינט, דאס הרג'עט אייך. אז איר וועט מער נישט קוקן קיין מאוויס - וועט איר מער נישט האבן קיין פחדים, איר וועט קענען שלאפן ביינאכט.


אויך וועט איר זיין א גוטע ווייב און א געטרייע מאמע פאר די קינדער. אז מען קוקט מאוויס ווערט מען אויס מאמע און אויס ווייב; נישטא קיין נאכטמאל, נישטא עפעס ווארעמס אריינצונעמען אין מויל, נאכדעם איז מער נישטא קיין פרישע וועש און די גאנצע הויז ווערט צעפאלן.


הערט זיך צו, פאלגט וואס שטייט אינעם בריוו, אז נישט וועט איר ווערן א מענטל-קעיס. ווייל אלע וואס ליידן פון פחדים, ענקזייעטי, פאניק אטאקעס וכו' וכו' - אלעס קומט פון זיך מפקיר זיין די אויגן; נאר דער וואס היט די אויגן - לעבט א זיסע רואיגע האניג'דיג לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#119 - זאל איך אויסהערן א שידוך פון אן אנדערע קהלה?
שידוכים, שלום בית, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים, איך הער זיי אויס כסדר, און איך בין זיך זייער מחיה.


מ'טראגט שוין אן שידוכים פאר מיין עלטסטע טאכטער ב"ה, און מ'האט מיר אנגעטראגן זייער א פיינע שידוך פון א חשובע משפחה, אבער מיין ווייב זאגט אז ס'איז דא איין פראבלעם אז יענע משפחה באלאנגט צו אן אנדערע קהלה פון וואס מיר שטאמען, און אז ס'איז נישט נארמאל צו נעמען א בחור וואס זייערע מנהגים שטימען בכלל נישט מיט אונזערע מנהגים, און זייערע נאטורן זענען אויך אנדערש.


איך קען נישט מחליט זיין וואס צו טון, און איך וויל וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי, אז מ'מעג פארקוקן אויף א גוטע שידוך, צוליב די עלטערן וואס קומען פון אן אנדערע סארט פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען האט אנגעטראגן פאר דיין טאכטער א פיינע שידוך זאלסטו ווייטער גיין מיט'ן שידוך. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן - נישט קיין חילוק מיין קהלה, דיין קהלה אדער יענעמ'ס קהלה, דאס אלעס איז גלות ווערטער. מיר ווארטן אז משיח צדקינו זאל שוין קומען, "הוּא יִגְאַל אוֹתָנוּ בְּקָרוֹב, וִיקַבֵּץ נִדָּחֵינוּ מֵאַרְבַּע כַּנְפוֹת הָאָרֶץ", ער וועט צוזאמנעמען אלע אידן און עס וועט זיין "חֲבֵרִים כָּל יִשְׂרָאֵל".


שלום בית האט נישט צוטון צי מען קומט פון איין קהלה, עס ווענדט זיך בכלל נישט אין דעם, נאר אויב דער בחור און מיידל - ביידע ווילן אויפשטעלן אן ערליכע שטוב און ביידע וועלן ארויפקוקן איינער אויפן צווייטן דאן וועלן זיי האבן א שיינע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.

#118 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זאל וויסן אז איך האלט פון אים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין מאן זאל וויסן אז איך קוק אים ארויף, און איך האלט פון אים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע אייער פראגע, ווי אזוי איר קענט מאכן אייער מאן זאל וויסן אז איר קוקט אים ארויף; דאס קען מען נישט איינרעדן, דאס איז א זאך וואס מען ווייסט און מען שפירט מיט פארמאכטע אויגן. אז די פרוי קוקט ארויף אויף איר מאן, זי שעצט אים - ווייסט עס דער מאן, און אז נישט - שפירט דאס דער מאן; מען קען נישט איינרעדן אז מען קוקט ארויף ווען עס איז נישט אמת.


אנהויבן הויבט זיך דאס אן ביי זיך אליין; אויב מען טרעפט אין זיך גוטע נקודות, מען זעט אין זיך גוטע זאכן - דעמאלט קען מען זען אין א צווייטן גוטס, אבער אז מען איז דערביטערט, מען האט זיך אליינס נישט ליב - ווי קען מען ליב האבן א צווייטן?


אמאל האט רבי נתן געטראפן איינעם וועם ער האט שוין א לאנגע צייט נישט געזען, רבי נתן האט געשמועסט מיט אים, און ער זעט ווי יענער מאכט יעדן איינעם אוועק. רבי נתן פרעגט אים: "וואס מאכט דער?" "וואס מאכט יענער?" און יעדן איינעם מאכט ער אוועק, זאגט אים רבי נתן: "אז דו וועסט האלטן פון זיך - וועסטו קיינעם נישט אוועק מאכן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - זאל איך הייסן מיין מאן צו געבן מעשר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מעשר, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א קליינע שאלה, מיין מאן פארדינט זייער שיין פרנסה ברוך ה', אבער איך מיין אז ער געבט נישט קיין מעשר, האב איך געוואלט פרעגן אויב איך מעג זיך אריינמישן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט דאס מיט אייך? איר זענט נישט אייער מאנ'ס פאליס-מאן, איר דארפט אים נישט נאכקוקן אויב ער געבט יא מעשר אדער נישט.


זוכט אין אים גוטע זאכן און נאר אויף דעם זאלט איר קוקן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען קוקט גוט אויף א צווייטן - ווערט יענער גוט. אפילו א רשע גמור, אויב מען זוכט אין אים נאר גוטס - וועט ער ווערן א צדיק, און זיכער ווען מען רעדט פון אן ערליכער איד, נישט קיין רשע; ווי מער מען זוכט אין אים גוטס - ווערט יענער מער און מער גוט און ערליך.


איך האב בייגעוואוינט מעשיות, פרויען וואס האבן געפאלגט דעם רבינ'ס עצה, זיי האבן געזוכט אין זייער מאן נאר גוטס, און מיט די צייט האבן זיי באוויזן איבערצודרייען די שטוב פון איין עק ביזן צווייטן עק, צו א ליכטיגע ערליכע שטוב וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - ענדערש שערן די האר, אדער ענדערש א קורצערע שייטל?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער שוין א לענגערע צייט די שיעורים, איך ליין די בריוו, און איך בין זיך זייער מחזק דערמיט, און עס האט מיר אויך אסאך געהאלפן פאר מיין שלום בית.


ביי אונז אין די משפחה גייט מען מיט לאנגע שייטלעך, מען גייט מיט קליידער פון די לעצטע מאדע, און מען שערט זיך נישט די האר. איך האב אבער געליינט אסאך אין די בריוו איבער די הארבקייט אז א חתונה געהאטע פרוי מוז אפשערן די האר, און איך האב באשלאסן אז איך גיי דאס טון, די מעשה איז אבער אז מיין מאן האט נישט געוואלט אזוי גרינג מסכים זיין צו דעם. נאר נאך אסאך רעדן צו אים און נאכ'ן אים ווייזן די בריוו איבער דעם, איך האב אים געוויזן וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די געוואלדיגע ברכות און גוטע זאכן וואס קומט צו א פרוי וואס איז זוכה זיך צו שערן די האר, האט ער אנגעהויבן זיך בייגן, און ער האט געזאגט אז ער איז מסכים איך זאל זיך שערן די האר אבער נאר אויב איך בלייב מיט מיין גאר לאנגע שייטל, און אויב וויל איך קורצער מאכן די שייטל דאן קען איך נישט שערן די האר.


איך בין זייער מסופק וואס איז די ריכטיגע זאך יעצט צו טון. איך ווייס אז מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן און ביידע זאכן וועלן זיין מסודר אויפ'ן ריכטיגן וועג, אבער יעצט אויף די מינוט קען איך טון נאר איינס פון די צוויי, וועלכע זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס אז זייער הארב און אויך א גרויסע סכנה אז מען זעט ארויס די האר פון א פרוי. דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז עס זאל זיך ארויסזען איר האר פון קאפ. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָהּ" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. "מַאן גָּרִים דָּא" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אודאי און אודאי זאלט איר זיך אפשערן, אפילו איר וועט זיך דארפן אנטון א שייטל וכו'. איך האב מיטגעהאלטן כמה פעמים אזעלכע שאלות ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אינגעלייט זענען געקומען פרעגן וואס זיי זאלן טון בנוגע זיך אפשערן און גיין מיט א שייטל, פלעגט מוהרא"ש זאגן: "זאג דיין ווייב זי קען גיין מיט א שייטל ביז דער ערד - אבי זיך שערן".


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן מען זאל נישט גיין מיט קיין לאנגע שייטל. ער האט געוויזן אויף זיינע אקסלען אז א שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל און געבעטן מען זאל גיין מיט אן איידעלע שייטל; מיט דעם האט מוהרא"ש געזאגט אז זיך שערן איז נאך מער וויכטיג, און ענדערש גיין מיט א שייטל וכו'; ווייל א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט אפענע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין ברויט צום טיש?
חובות, שלום בית, אמונה, פרנסה, הפצה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האב איך מיטגעמאכט געפערליכע שרעקליכע בושות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט אזעלכע בזיונות, מיין ווייב האט מיר געבעטן צו קויפן ברויט, און איך האב פשוט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט. ברוך ה' אז עס איז געווען אנדערע עסן אינדערהיים, געבליבן פון וואס מ'האט איינגעקויפט פאריגע וואך, אבער איך האב נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט.


איך בין ארויס אין פארק זיך אביסל אויסלופטערן, פרובירנדיג אביסל צו פארגעסן פון מיין שווערע מצב, דערנאך בין איך געגאנגען דאווענען מעריב.


א חודש צוריק האב איך שוין נישט געקענט אויסהאלטן די בושות, האב איך געגעבן פאר מיין ווייב א קרעדיט קארד און איר געזאגט אז זי קען עס נוצן וויפיל זי וויל, איך האב געטראכט אז די באנק וועט מיר שוין נאכגעבן, אבער פאקטיש איז נישט אזוי געווען, די באנק האט פארמאכט דעם קארטל, איך האב געבעטן די קרעדיט קארד קאמפאני זיי זאלן צואווארטן אפאר טעג, אבער דער טאג דערנענטערט זיך שוין, און איך האב נישט פון וואו עס צו באצאלן. איך האף צום אייבערשטן אז ער וועט מיר העלפן, ווייל בדרך הטבע זע איך נישט קיין וועג ארויס פון דעם פלאנטער.


מיר עסן אום שבת ביי אונזערע עלטערן, דאס מאכט מיר אביסל גרינגער, אבער מיין ווייב וויל עסן שבתים ביי אונז אינדערהיים, און איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי איך וועל דאס קענען באצאלן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען עפעס חיזוק און עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר זאגן וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט, מוהרא"ש האט אונז געזאגט, אז מיר וועלן עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, קונטרסים און גליונות - וועלן מיר האבן שטענדיג געלט אין טאש, עס וועט נישט פאסירן אזא זאך אז די ווייב זאגט: "גיי קויף ברויט" - און מען האט נישט די פאר שקלים צו קויפן ברויט.


גיין הפצה איז נישט קיין פארשעמטע זאך; א פארשעמטע זאך איז אז מען נוצט קרעדיט קארדס און מען באצאלט נישט, ביז מען פארלירט די באגלייבטקייט ביי אלעמען, אבער גיין מזכה זיין אידישע קינדער מיט אמונה און בטחון - איז די שענסטע זאך.


איך ווייס נישט וואס דו טוסט דורכ'ן טאג, צי דו ארבעסט צי דו לערנסט אין כולל, עס איז נישט משנה; סיי וואס מען טוט קען מען נאכדעם גיין איידעלערהייט ביי די שטובער אויסטיילן לעבן פאר מענטשן און בעטן צדקה, דעמאלט האט מען אלץ געלט אין טאש.


נוץ נישט קיין קרעדיט קארד אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי דו גייסט עס באצאלן. עס איז ערגער צו נוצן קרעדיט קארדס און נישט באצאלן - ווי נישט האבן ברויט צו נעמען אין מויל; ענדערש גיי צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים א, א) אידישע קינדער זענען נתבעים ונותנים, ווען מען בעט זיי - געבן זיי; אידישע קינדער זענען א הייליג פאלק, זיי געבן צדקה; מען דארף נאר ארום גיין צאמנעמען.


דארפסט נישט דערציילן דיין ווייב אז דו האסט נישט קיין איין פרוטה אין טאש, זי וועט זיך דערשרעקן, זי וועט אריינפאלן אין א ביטערניש, זאג איר "איך ברענג שוין", "איך גיי שוין איינקויפן", און ביז דערווייל גיי אביסל ביי די הייזער אדער אין שול, און ווען דו גייסט צאמנעמען - זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן שפע.


פארליר זיך נישט, און האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה. בלייב שטארק מיט אמונה און בטחון, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט נאך האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, וואס טוט מען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים און חיזוק יומי.


איך ווייס נישט פון וואו אנצוהויבן שרייבן, מיין לעבן איז מיר זייער ביטער. צום ערשט זע איך אז מיין מאן לייגט נישט קיין תפלין שוין פאר איבער א חודש, שוין אפגערעדט אז ער דאווענט נישט.


צווייטנס, מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, מיין מאן איז אויפגערעגט אויף מיר און האט נישט קיין כח מיר צו העלפן מיט די קינדער, ער האט א פרנסה וואס ער ארבעט א גאנצן טאג, און אויסער דעם האט ער אנגעהויבן טון נאך ארבעט אין זייטיגע צייטן, אזוי אז עס קומט אויס אז ער איז כמעט קיינמאל אינדערהיים. איך שפיר אז אפשר דארף ער מיך בכלל נישט האבן, ווייל ווען איך רעד צו אים מאכט ער אזא פנים ווי ער פארשטייט בכלל נישט פארוואס איך רעד, ער ווייס נישט וואס איך וויל פון אים.


וואס טוט מען? איך שפיר אז עס איז נישט דא קיין ברכה אין גארנישט, איך ווארט וויכטיג אויף אן ענטפער וואס זאל מיך געבן חיזוק און כח ווייטער ממשיך צו זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע צרות און אלע פראבלעמען קומען ווייל מען איז נישט פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך, ער זוכט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אים, ער לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן - פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


דערפאר אז עס איז אייך ביטער, איר האט נישט קיין שלום בית - זאלט איר אויפזוכן עפעס גוטס, סיי ביי אייך און סיי ביי אייער מאן - און דאנקען אויף דאס גוטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט; אזוי ווערט טאקע ברייט, ווייל ווי נאר מען הויבט אן דאנקען, מען הויבט אן לויבן דעם אייבערשטן - ווערט זייער גוט.


אויך זאלט איר אויפהייבן אייער מאן'ס מוט, אים מחזק זיין און אים שטארקן. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" און א נארישע פרוי צעברעכט איר מאן; א פרוי מיט אביסל שכל קען זיך מאכן א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך דעם מאן. זי דערשמעקט גלייך זיין מצב, און אז זי זעט ער איז יעצט נישט אזוי פרייליך - מאכט זי אים פרייליך; זי ווארט נישט ער זאל איר פרייליך מאכן און געבן גוטע ווערטער, זי טוט דאס, זי געבט גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - מעג איך גיין הפצה אן רשות פון מיין ווייב?
שלום בית, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב איך מעג גיין הפצה אן מיין ווייב'ס רשות.


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זייער אכטונג געבן מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער. דער רבי האט אמאל געשמועסט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים" פון דאס וואס מען זעט ביי יונגע פארפאלקער, "שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם" ווי זיי קריגן זיך מאן און ווייב, "וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן" און מען צעטיילט זיך, "וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם" און אמאל קומט דאס צו זיך גט'ן חס ושלום, "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר" דאס קומט פונעם יצר הרע, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד" ער פארלייגט זיך זייער אויף דעם, "לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים" צו צעשטערן די שלום בית ביי אינגעלייט, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה" אזוי קען ער נאכדעם אריינכאפן די אינגעלייט און די יונגע פרויען אין זיין נעץ, זיי צו מאכן זינדיגן, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד" ווייל ער לאקערט אויף דעם זייער שטארק, "לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם" זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דעריבער זאלסטו זיך נישט לאזן אריינכאפן אין זיין נעץ. זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן, און אז דו פארשטייסט אז זי וויל נישט דו זאלסט זיין א ברסלב'ער - זאלסטו דאס טון מיט חכמה. מען דארף נישט אלעס דערציילן אין שטוב, "מִשֹּׁכֶבֶת חֵיקֶךָ שְׁמֹר פִּתְחֵי פִיךָ" (מיכה ז, ה), פון די אייגענע ווייב - היט אפ דיין מויל איר נישט אויסזאגן סודות; דו זאלסט איר מכבד זיין, אויך זאלסטו העלפן אין שטוב מיט די קינדער - און וואס מער גיין הפצה, ראטעווען אידישע קינדער.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - שלום בית האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט ממש געראטעוועט מיין לעבן, שוין עטליכע יאר וואס איך בין צוגעבינדען צו ברסלב, איך הער די שיעורים און איך ליין אלע גליונות און קונטרסים, ספעציעל די עצתו אמונה, און דאס געבט מיר אזויפיל שכל, עצות, און חיזוק, און עס שטעלט מיר ממש אויף די פיס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער שלום בית, אויב עס האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי, ווייל איך ווייס אז מיין מאן גייט קיינמאל ווערן א ברסלב'ער, וויפיל מאל איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט אים וועגן דעם זאגט ער אז עס פעלט נישט אויס, מען קען זיין א איד, האבן שלום בית, און מצליח זיין אין לעבן, אויך אן ברסלב. ער ווייסט בכלל נישט וויפיל איך האב געטון און איך טו כסדר, נאר ווייל איך נעם די חיזוק פון ברסלב, און דאס איז וואס העלפט אז די שטוב זאל שטיין אויפ'ן פלאץ.


איך וויל אזוי שטארק אז מיין מאן זאל אויך מקורב ווערן, ער איז ברוך ה' זייער וואויל און ערליך, אבער איך בין אזוי מקנא די ברסלב'ע ווייבלעך וואס זייערע מענער זענען מקורב צום רבי'ן, הלואי אויף מיר געזאגט, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלום בית האט מיט די ווייב. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף די שטוב; א קלוגע פרוי זוכט נאר מעלות ביי איר מאן, א קלוגע פרוי טוט אלעס אז די שטוב זאל זיך שיין אויפבויען.


א פרוי מיט שכל קען זיך מאכן איר לעבן פאר א גן עדן, זי וועט פרייליך מאכן איר מאן, זי וועט נישט ווארטן אויף אים ער זאל אנהויבן פרייליך צו מאכן און געבן גוטע ווערטער וכו', זי הויבט אן מיט אירע גוטע ווערטער, זי מאכט פרייליך; אזוי ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, אזוי בויט זיך א שטוב.


זייט נישט מקנא א צווייטן, נישטא וועם מקנא צו זיין; יעדער איינער בזה העולם האט זיינע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט זיינע נסיונות. דעריבער איז נישטא וועם מקנא צו זיין, אפילו פון אינדרויסן זעט אויס ווי דער האט א שענערע און בעסערע לעבן, דארף מען וויסן נישט צו מקנא זיין, ווייל יענער האט זיך זיינע שוועריקייטן אפילו מען זעט דאס נישט ארויס.


מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו האבן א זיס לעבן, מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו זיין גליקליך. אז מען לעבט פאר זיך מיט'ן רבי'ן, מען נעמט חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן - איז די לעבן זיס און מען איז גליקליך. די עצה פון התבודדות און תפילה - דאס ראטעוועט דעם מענטש; ווער עס לעבט מיט תפילה - דער איז גליקליך; דער ווייסט וואס צו טון אין יעדע צייט, און ווען עס ווערט גאר ביטער - ווייסט ער צו אנטלויפן צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט, מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן; ווער עס איז אן עקשן און בעט איבער און איבער, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן - ביים סוף באקומט מען א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - זאל איך פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, א חודש פאר מיין חתונה?
אומאן, שלום בית, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה אי"ה אין צוויי חדשים ארום, וואס איז די בעסטע הכנה צום דעם גרויסן טאג אין מיין לעבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אויב עס איז כדאי זיך צו פארפלאנטערן מיט מיין טאטע א חודש פאר די חתונה?


מיין כלה ווייסט נישט אז איך בין אין היכל הקודש, ווי אזוי זאל איך איר דאס דערציילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון, מאכן א הכנה פאר דיין חתונה - איז פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", מען קען דעמאלט באקומען א תיקון, "מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו אינמיטן די יאר וואלט מען נישט געקענט באקומען א תיקון, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", דאך ראש השנה קען איך זיי אלע פאררעכטן. "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם", אפילו דער הייליגער רבי קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, "אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", אבער ראש השנה קען ער זיי אלע פאררעכטן, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת".


קריג זיך נישט מיט דיין טאטע, מיט א טאטע טאר מען נישט טענה'ען; אז ער שרייט אויף דיר זאלסט נישט פארן - זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, מען טאר נישט גיין אין ויכוחים מיט עלטערן; דו פאר צום רבי'ן און דער רבי וועט דיך מתקן זיין.


דיין כלה וועט זיך פרייען אז זי באקומט א חתן וואס האט א געפיל צו פארן צו צדיקים אויף ראש השנה, בפרט ראש השנה פאר די חתונה; אלע חתנים פארן אויף מקומות הקדושים, זי וועט עס אנקוקן גוט.


ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


נאך די חתונה דארף מען זיין זייער קלוג צו קענען האלטן ליבשאפט צווישן די ווייב און די עלטערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד. נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הויבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון דיין מאמע", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיט'ן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען.


מוהרא"ש האט אונז דערציילט די מעשה אונז צו לערנען נישט צו זיין נאריש און איבערזאגן שלעכטס וואס איינער זאגט אויפ'ן צווייטן, נאר יעדן איינעם מכבד זיין און יענעם געבן די געפיל אז מען איז גערעכט, און שלום על ישראל.


קום קיין אומאן; נישטא נאך אזא רבי, א רחמנות'דיגער רבי וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אזוי ווי א רחמנות'דיגע מאמע וואס נעמט איר פארשמירטע קינד, וואשט עס אפ און רייניגט עס מיט אזא רחמנות; דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער וואשט אונז אפ פון אלע פגמים און ער איז אונז מתקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#110 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מיך לאזן פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, תפילות אויף אידיש, מחלוקת, ראש השנה, ליצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די עצות און חיזוק בנוגע אומאן. איך האב גערעדט צו מיין ווייב וועגן אומאן, אז איך וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, קודם האט זי מיר געזאגט אז דאס יאר קען מען דאך נישט פארן עס איז א סכנה, האב איך איר געזאגט אז עס איז נישט קיין סכנה, זאגט זי מיר זייער שטרענג, "ווי לאנג דו ביסט חתונה געהאט מיט מיר, פארסטו נישט קיין אומאן!!!" און זי פרעגט מיר, "דו גייסט יעצט בלאזן אויף מיר?" זאג איך איר: "ניין! איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר איך וועל זיין זייער פרייליך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און נאכדעם האט זי פארדרייט דעם שמועס.


וואס טו איך יעצט? זי רעדט ווי א בעל הבית אויף מיר, און דאס שטערט מיר זייער שטארק, איך וויל אזוי שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך פרוביר אזוי שטארק צו פאלגן דעם ראש ישיבה בנוגע שלום בית ווייל מוהרא"ש זאגט אויב מען האט נישט קיין שלום בית נוצט די ווייב אויס אומאן אלס סטראשע נישט צו לאזן פארן קיין אומאן, וואס טו איך, איך וויל אבער יא קומען צום רבינ'ס ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זיכער אז אויב דו וועסט רעדן צו איר שיין און ווייך - וועסטו געווינען איר הארץ און זי וועט דיך לאזן גיין קיין אומאן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", רעדן ווייך נעמט אוועק יענעמ'ס צארן; דורך רעדן ווייך און שיין קען מען איבערדרייען דעם הארטסטן מענטש.


דיין ווייב שעמט זיך פון אירע חבר'טעס און פון אירע עלטערן, דעריבער שרייט זי אויף דיר, דאס איז אלעס פון די מחלוקות אויפ'ן רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך בין אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן אין צימער און געטראפן דעם רבי'ן וויינען, איך האב זיך זייער דערשראקן, איך פרעג דעם רבי'ן 'פארוואס וויינט דער רבי?' זאגט מיר דער רבי, 'אזוינס צו זאגן אויף מיר, אז איך בין פון יענעם כת רחמנא לצלן?!' רבי נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט, איז ער אוועקגעגאנגען.


רבי נתן דערציילט, דעמאלט האט ער נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט? אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון די וועלט און ער האט געוואלט אריינברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע התנגדות, מען האט גע'רודפ'ט רבי נתן מיט שרעקליכע רדיפות, האט רבי נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר דער רבי האט געוויינט ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקות און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים - וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".


דאס אז דיין ווייב שרייט אויף דיר אז דו קענסט נישט פארן קיין אומאן דאס איז פון די מחלוקות, פון לשון הרע - וואס ציט זיך שוין איבער צוויי הונדערט יאר און דאס האלט אפ די גאולה. דער רבי האט די כח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, אלע זאלן תשובה טון, נאר די מחלוקות און הוצאת שם רע פארשטעלט אלסדינג.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט בכעס אויף דיין ווייב; זיי איר דן לכף זכות, זי שעמט זיך פון איר משפחה, פון איר טאטע מאמע און געשוויסטער, דאס מאכט זי זאל שרייען אויף דיר, אבער אז דו וועסט רעדן שיין צו איר - וועסטו איר איבערדרייען.


דו רעד צו איר שיין און ווייך; זאג איר: "איך וועל זיך אזוי פרייען אז דו וועסט רעדן שיין צו מיר, מיין טייערע ווייב, אז דו וועסט מיר זאגן אז עס איז דיר שווער אז איך פאר אוועק אויף ראש השנה - וועט מיר דאס נישט אזוי באדערן, נאר דאס וואס דו זאגסט מיר אזוי שארף 'ווי לאנג איך לעב פארסטו נישט קיין אומאן!' דו רעדסט צו מיר אזוי שארף, דאס טוט מיר זייער וויי"; זאג איר: "לאמיר זיך דורכשמועסן אינאיינעם, לאמיר זיין איינשטימיג, איך האב צו דיר חתונה געהאט, איך וויל נאר טון גוטס, איך וויל פארן קיין אומאן - נישט דיר איבער צו לאזן, איך וויל פארן צום צדיק וואס געבט מיר לעבן, איך וויל פארן קיין אומאן ווייל דער רבי שטארקט מיר מיין אמונה, ער בלאזט אריין אין מיר א חיות אין עבודת השם, און אז דער רבי זאגט מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וויל איך אזוי שטארק גיין; מיין טייערע ווייב, פארוואס ווילסטו נישט רעדן צו מיר? איך בין דאך אזוי גוט צו דיר, איך העלף דיר א גאנץ יאר, איך בין גרייט פאר דיר א גאנץ יאר, איך רעד צו דיר שיין, איך טשעפע דיך נישט, פארוואס זאלסטו מיך אזוי טשעפען? פארוואס ווילסטו נישט רעדן מיט מיר פון א זאך וואס איז ביי מיר אזוי חשוב?!"


דו בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, איך וויל זוכה זיין דער רבי זאל מיך מתקן זיין, הייליגער באשעפער, פארוואס איז דא אזא מחלוקות אויפ'ן רבי'ן?! פארוואס איז דער רבי אזוי פארשעמט?! פארוואס קען מען פארן איבעראל, מען קען גיין איבעראל - אויסער קיין אומאן?! העלף מיר אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, איך זאל קענען גיין צום רבי'ן מיט מיינע קינדער און מיינע דורות"; מיט תפילה וועסטו אלעס איבערדרייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#109 - מעגן פרויען זיין אין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, ראש השנה, שנה ראשונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, בפרט די שיעורים און בריוו אויף שערן די האר נאך די חתונה, ס'איז מיר זייער מחזק.


געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט פארגאנגענע וואך, און מיר ווייסן נישט וואס צו טון וועגן אומאן ראש השנה.


מיר האבן געטראכט אויב מיין מאן זאל אליין פארן, אדער זאלן מיר פארן צוזאמען אביסל פריער און איך זאל צוריק קומען פאר ראש השנה, אדער אפשר זאל איך אויך בלייבן אויף ראש השנה אין אומאן?


איך האב געוואלט פרעגן די ראש ישיבה וואס מיר זאלן טון און אויב עס איז בכלל אויסגעהאלטן אז פרויען זאלן זיין ראש השנה אין אומאן? אויב בלייב איך נישט דארט, מיינט עס צו בלייבן ווייניגסטנס פאר א וואך אליין, ווייל די וועגן נעמט זייער לאנג דאס יאר.


מיר זענען זייער צומישט, מיר קענען נישט מחליט זיין וואס צו טון. מיר וועלן זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט אונז זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ענדערש זאלט איר בלייבן אין שטוב אדער גיין צו אייערע עלטערן; די זאך פון פארן ראש השנה צום רבי'ן איז פאר מענער - נישט פאר פרויען, אויך איז דאס נישט פראקטיש.


וואויל איז פאר די פרויען וואס שיקן זייערע מענער קיין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#108 - מעג מיין ווייב גיין צו א געמישטע קאנצערט?
שלום בית, צניעות, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, משפחה, זינגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א וויכטיגע שאלה, אויב מיין ווייב מעג גיין מיט אירע שוועסטערס און אירע עלטערן צו א קאנצערט פון א געוויסן זינגער, וואס מען זיצט דארט געמישט מענער און פרויען, מען קען אבער אויך זיצן באזונדער מיט די אייגענע משפחה, און אויב יא, אויב מעג איך אויך מיטגיין מיט איר, ווייל זי וועט מער הנאה האבן אויב איך וועל זיין מיט איר.


איך פאר מיר וואלט נישט געוואלט גיין, און איך וואלט אויך נישט געוואלט זי זאל גיין, ווייל איך ווייס אז מוהרא"ש זי"ע איז געווען קעגן קאנצערטן, אבער זי וויל זייער שטארק יא גיין.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז אויב דיין ווייב וויל וויסן אדער דו ווילסט וויסן, ווייל אויב זי האט דיר געשיקט פרעגן, זי וויל הערן און זי איז גרייט אנצונעמען - איז דער ענטפער קלאר "ניין", מען טאר נישט גיין צו א קאנצערט וואס איז געמישט מענער און פרויען.


די פראגע איז, אויב דיין ווייב וויל נישט הערן, זי גייט סיי ווי גיין - דעמאלט דארפסטו זיך באנוצן מיט חכמת מוהרא"ש איר נישט צו פארלירן. און אז זי גייט סיי ווי גיין - זאלסטו איר נישט טשעפען און וויי טון; דארפסט איר נישט אויסלויבן אז זי גייט, אבער חס ושלום נישט טשעפען. און אז זי וויל דו זאלסט מיט קומען מיט איר, זאלסטו איר זאגן שיינערהייט זי זאל גיין מיט איר משפחה און דו וועסט בלייבן אין שטוב.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך, פאר די ווייב און קינדער - מען זאל בלייבן ערליך, מען זאל זיך ציען צו גוטס, בענקען צו גוטע זאכן; אין יעדע שטוב איז דא וואס פארלירן די געפיל צו בלייבן ערליך, גיין אין די וועג פון די עלטערן; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן אינעם לאנגן גלות; אזויפיל פאלן אוועק, מען גייט נאך אומות העולם.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט פון רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער האט געהאט א זון וואס איז אוועקגעפאלן פון אידישן וועג, פלעגט ער דאווענען אז דער קינד זאל שטארבן; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון פירט זיך אויף נישט אידיש, און אזוי איז געשען, דער קינד איז געשטארבן. האט אים רבי נתן פארגעהאלטן: "אז דו האסט יא אזא כח, דו קענסט פועל'ן מיט'ן דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן? וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#107 - מיין ווייב ציטערט איך זאל פארן דאס יאר קיין אומאן, וואס טו איך?
אומאן, שלום בית, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין ווייב האט מיר קיינמאל נישט געמאכט קיין פראבלעמען מיט'ן פארן קיין אומאן, קומען צו די שיעורים, און אזוי ווייטער; אבער דאס יאר זענען זאכן אנדערש, זי זאגט אז זי האט מורה דאס יאר אז איך זאל פארן ראש השנה קיין אומאן צוליב די מצב מלחמה אין אוקריינא, זי זאגט אז דער רבי וואלט נישט געוואלט מען זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה.


איך ווייס נישט וואס איר צו ענטפערן, איך קען איר נישט זאגן אז עס לוינט זיך סיי ווי צו פארן ווייל דער רבי איז דער בעסטע לויער, דער בעסטער אדוואקאט, ביים יום הדין; דאס איז א גוטע תירוץ פאר א ברסלב'ער חסיד, זי זעט נישט אז אירע ברידער און שוואגערס זאלן האבן מער שוועריקייטן ווי ברסלב'ע חסידים.


ווי אויך פארן דאס יאר מיינט צו זיין אוועק פון דערהיים פאר צען טעג, און מיין ווייב קען זיך קוים איין עצה געבן יעדן טאג פאר די פאר שעה פון ווען די קינדער קומען אהיים ביז איך ענדיג ארבייטן און איך קום אהיים איר העלפן.


ווי נענטער מען קומט צו ראש השנה ווער איך נאר מער און מער אנגעצויגן, ווען איך טראכט אז מיין ווייב גייט מיר נישט לאזן פארן.


איך בין מתפלל יעדן טאג אז איך זאל זיין אין אומאן דאס יאר, אבער ווי אזוי הייב איך אן מיט מיין ווייב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין עצה האב איך פאר דיר, בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבי'ן. מיר אלע דארפן גרויסע נסים צו קענען זיין אין אומאן, יעצט זאגט די נייעס אז מדינת ישראל רעדט מיט אוקריינא נישט אריינצולאזן די יאר אזוי ווי פאר צוויי יאר צוריק; קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין, מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה, זוכה זיין צו אלע תיקונים.


אויב זיי פארמאכן די גרעניץ וועל איך זיין ראש השנה אין קרית ברסלב ליבערטי.


מען טאר זיך נישט מייאש זיין, מיר גלייבן און בעטן אז מיר וועלן זיין די יאר אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#106 - זאל איך זיך גט'ן, צו קענען האבן נאך קינדער?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט'ן ראש ישיבה איבער א וויכטיגע נושא. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין טייערע ווייב, און מיר האבן ברוך ה' איין קינד פון 6 יאר אלט, אבער מיין ווייב וויל בשום אופן נישט האבן נאך קינדער.


נאכדעם וואס דאס קינד איז געבוירן געווארן, איז מיין ווייב אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, א זאך וואס קען זיך מאכן אפט, אבער איך האב נישט געוואוסט פון דעם, און איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, און דאס האט אונז געמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען.


ברוך ה' אז זי איז ארויסגעקראכן פון די עצבות און דעפרעסיע, מיר האבן זיך מסדר געווען, אבער זי האט נאך אלץ שטארקע פחדים פון האבן נאך קינדער, ווייל זי האט מורא אז עס וועט זיך איבערשפילן די זעלבע זאך נאכאמאל, און איך וועל ווידער נישט זיין דא פאר איר.


איך וויל זייער שטארק ברענגען נאך קינדער אויף דער וועלט, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פון זיך גט'ן און זוכן אן אנדערע שידוך. איך בין אבער זייער מסופק אויב דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, אז דער אייבערשטער האט מיר שוין געשאנקען איין קינד, אפשר זאל איך בלייבן מיט איר און בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך טוישן און יא וועלן האבן נאך קינדער.


איך וויל באטאנען אז איך האב שוין פרובירט פאר כמעט די גאנצע זעקס יאר איר איבערצורעדן, אבער אן קיין ערפאלג. איך האב שוין געעפנט א תיק (קעיס) ביי א רבני'שע קערפערשאפט אנצוהויבן די פראצעדור פון א גט, מיר דארפן אראפגיין צו זיי קומענדיגע וואך זיך דורכשמועסן, אבער איך בין זייער מסופק אויב איך זאל טאקע ווייטער גיין אויף דעם וועג, אדער זאל איך פארמאכן דעם תיק.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גט זיך נישט, קלאפ ארויס פון דיין קאפ דאס ווארט "גט"; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט און דו האסט א קינד - איז נישטא מער די ווארט "גט".


דו אליינס שרייבסט אז דיין ווייב זאגט אויף דיר אז דו העלפסט איר נישט, זי האט מורא פון קינדער וכו', אז זי וועט אריינפאלן אין א דעפרעשן, זי וועט זיך אליינס דארפן מוטשען; אנשטאט רעדן פון זיך גט'ן - רעד מיט איר שיינע ווערטער, בארואיג איר, הער איר אויס, הער אויס איר ווייטאג. על פי רוב דארף מען אפילו נישט קיין ענטפער אויף א פראבלעם, מען דארף נאר האבן איינער זאל אויסהערן די פראבלעם; ווען די פרוי האט א מאן וואס הערט איר אויס און געבט איר די געפיל אז ער פארשטייט איר - דאס אליינס איז די ישועה פאר איר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיח:) פרויען זאגן: "טב למיתב", עס איז זיי בעסער, "טן דו", צו זיין מיט א מאן, נישט קיין חילוק וואס פאר א מאן, אפילו א מאן - "דשומשמנא גברא" א פאני מענטש וואס איז א ווארעם, און אפילו א מאן - "דנפצא גברא", וואס זיין פרנסה איז גאר א שוואכע, און אפילו א מאן - "דקולסא גברא", וואס קומט פון א שוואכע משפחה; איז זיי בעסער צו זיין חתונה געהאט - "מלמיתב ארמלו", ווי צו זיין איינער אליינס; ווייל אז מען האט איינער וואס הערט אויס, אפילו ער האט נישט וואס צו ענטפערן, ער איז א קליינער ווארעם, און אפילו ער האט נישט וואס צו העלפן מיט געלט, ער האט קוים פרנסה, און אפילו ער קומט פון א שלעכטע משפחה וואס איז איין שטיק פראבלעם - דאך איז דאס זייער וויכטיג פאר א פרוי, צו האבן איינער זאל איר אויסהערן.


מאך זיך נישט נאריש, פארמאך דעם תיק, גיי אהיים בעט זיך איבער, מאך איר פרייליך, בוי איר אויף, הויב איר אויף מיט גוטע ווערטער, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זען שיינע ליכטיגע דורות.

#105 - ווי אזוי קען מען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט שבת?
שלום בית, שבת קודש, תשובה, גט, זיכוי הרבים, קירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.


די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.


איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.


ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.


אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.


אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - גיין צו די עלטערן אנגעטון ווי זיי ווילן
שלום בית, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קליידער, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.


ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.


אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.


מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.


ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - ווי אזוי שטארק איך זיך נאכאמאל חתונה צו האבן?
שידוכים, שלום בית, הדרכות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב געהאט אסאך חיזוק דארט.


איך האב זיך גע'גט בערך א יאר צוריק, איך האב אבער מורא צו זוכן א פרישע שידוך, ווייל איך ציטער אז איך וועל אפשר נאכאמאל אריינפאלן. איך וויל חתונה האבן, אבער איך האב נאך קאשמארן פונעם פריערדיגן שידוך. האט איר עפעס אן עצה און חיזוק פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך גע'גט; ממה נפשך, אויב ביסטו נישט געלערנט, דו ווייסט נישט ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב - זאלסטו זיך גיין לערנען ביי ערליכע אידן ווי אזוי מען לעבט מיט א ווייב; לערן זיך צו מוותר זיין, לערן זיך צו שלינגען. מיט א רצון קען מען אלעס באקומען, אויב מען וויל אויסארבעטן די שלעכטע מידות קען מען דאס באווייזן; מיט התבודדות קען מען זיך אויסארבעטן און זיך אויסאיידלען.


ווארף אוועק דיין שכל, גיי נאך די שכל פון די הייליגע תורה וואס זאגט אז מען דארף חתונה האבן. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין איינער אליין, נישט חתונה געהאט; מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. כל זמן מען איז אליין איז מען נישט פרייליך, מען איז נישט אפגעהיטן, גלייך ווען מען האט חתונה ווערט מען פרייליך און אפגעהיטן, די שכינה רוט נאר ווען מען איז חתונה געהאט, כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישטא קיין השראת השכינה.


הער נישט אויס די וואס זאגן דיר נישט חתונה האבן, האב וואס שנעלער חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - אנשטאט שרייען אויף די ווייב, שרייט מען "ש'כח אייבערשטער"
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר אלע שיינע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט מיר אויס, בפרט ווי אזוי צו רעדן צו מיין ווייב, איר אויסהערן, איר בארואיגן אפילו ווען איך קען איר בכלל נישט העלפן, נאר רעדן שיין און אויסהערן.


איך וויל שרייבן א שיינע מעשה וואס איך האב געהאט דעם שבת, איך האב אנגעשטעלט פאר שבת דעם "עיר קאנדישאן" אויף א געוויסע נומער אז ווען עס פילט אז עס איז הייס זאל זיך עס אנצינדען. למעשה האב איך עס נישט גוט אנגעשטעלט און עס האב זיך כמעט נישט אנגעצינדען. ווען איך בין אהיים פון שול איז געווען זייער הייס, שרעקליך הייס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטער אז עס זאל זיך שוין אנצינדען, למעשה האט זיך עס ערשט אנגעצינדען אינמיטן די סעודה און פון גרויס שמחה האב איך הויך אויסגערופן "ש'כח אייבערשטער!"


פון דעמאלט און ווייטער, יעדעס מאל עס האט זיך אנגעצינדען, האט מיין זון, וואס איז צוויי יאר אלט און האט יעצט אנגעהויבן רעדן, געשריגן "ש'כח אייבערשטער!"


ווען איך זאל ח"ו שרייען אויף מיין ווייב פארוואס זי האט עס נישט געקענט אנשטעלן נארמאל, כאטש וואס ס'האט באמת גארנישט מיט איר, אבער ווי דער סדר העולם ווען עפעס גייט נישט גוט איז די ווייב שולדיג, וואס וואלט מיין זון געשריגן יעדעס מאל?


איך האב נישט די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מענטשן כאפן נישט, מען לייגט נישט צו קאפ אז יעדע ווארט וואס מאן און ווייב רעדן - הערן זיך די קינדער צו דערצו; נישט נאר די גרויסע, נאר די גאר קליינע. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא", וואס א קינד רעדט, "אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", אדער האט ער דאס געהערט פון דער טאטע אדער פון די מאמע.


מענטשן מיינען אז חינוך האט מיט די קינדער, מוהרא"ש זאגט, חינוך האט מיט זיך; ווי אזוי דו פירסט זיך - וועסטו דאס זען אין דיינע קינדער, אזוי ווי מען קוקט אין א שפיגל; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס יעדע צווייטע ווארט איז "אייבערשטער", לויב ווערטער צום אייבערשטן, אדער ווערטער פון אמונה, ווען עפעס פאסירט שרייט מען הויך: "גם זו לטובה!" "שכוח אייבערשטער!" - וועלן די קינדער דאס נאכמאכן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה, עס וועט זיי גוט גיין.


אז קינדער הערן עלטערן שרייען און שעלטן, און ווען עפעס גייט נישט ווי מען וויל - ווערט מען פארלוירן, מען שעלט, מען שרייט - וועלן די קינדער אויך אזוי לעבן, און ווען דער טאטע וועט רופן די קינדער אין אן ערנסטן מינוט און לערנען מיט זיי מוסר - וועלן זיי זיך שטילערהייט אונטערלאכן, עס וועט נישט אריינגיין אין זייער הארץ, עס וועט זיי שטעכן די ווערטער; זיי זעען דאך א לעבעדיגע פארקערטע ביישפיל ווי דער מוסר ספר...


עס איז געווען א מעשה מיט א קינד, מען האט אים געפירט אין חדר ביי די דריי יאר זאגן די א' ב'; נישט אלע קינדער לאזן זיך פונעם מלמד זאגן די א' ב', אסאך קינדער וויינען און שרייען. איז געווען א מעשה מיט א קינד וואס האט זיך אנגערופן א זייער מיאוס'ע ווארט, דער מלמד האט נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן, 'ווי קען זיין א קינד פון דריי יאר זאל זאגן א מיאוס'ע ווארט וואס מען הערט נאר ביי די נידריגע אומות העולם?' די עלטערן האבן געזוכט א לאך וואו זיך צו באגראבן פאר בושה, אלע זענען געווען דערשראקן, שטיל, מען האט זיך נישט גערירט; דער מנהל האט גענומען דעם קינד און א זייט מיט א גרויסע שטעקן, ער גייט אים שלאגן מלקות, רופט זיך אן א גוטער איד צום מנהל: "פארוואס שלאגסטו דעם קינד? שלאג די עלטערן; דער קינד הערט דאס טאג און נאכט, ער ווייסט נישט וואס מיינט שלעכט, וואס מיינט גוט - ער זאגט וואס ער הערט אין שטוב".


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ה): "אַמָאל הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גִישְׁנִיצְט הָאלְץ אוּן הָאט זִיךְ אַ שְׁנִיט גִיטָאן אִין פִינְגֶער. אִיז דִי בַּת מַלְכָּה צוּ גִילָאפִין. אִים אַרוּם בִּינְדְן דֶעם פִינְגֶער. הָאט זִי דָארְט דֶערְזֶען אֵיין אֶבֶן טוֹב", די בת מלכה איז געקומען צו לויפן העלפן דעם בן מלך ווען ער האט זיך צעשניטן די פינגער, אים פארבינדן און אפשטעלן דאס בלוט, האט זי געזען עס איז ארויסגעקומען א דיימאנט, דאס איז דער בן מלך וואס דער צדיק האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין בלויז פון אבנים טובות. קיינער האט נישט געזען אז דאס איז טאקע אזוי געווען, אבער ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן - איז ארויסגעקומען א דיימאנט.


אזוי איז מיט'ן רבינ'ס מענטשן, מען זעט נישט פון דרויסן אז מען איז בלויז פון דיימאנטן, אבער ווען מען צעשניידט זיך, מען קומט אהיים שבת אינדערפרי נאס פון שווייס, קוים וואס מען קען אטעמען, מען גייט א לאנגע וועג, מען האט כח נאר ווייל מען ווייסט אז 'נאך אביסל קום איך אהיים אין א קילע שטוב', און ווען מען קומט אהיים, מען דערזעט זיך אן עירקאנדישן - דעמאלט קומט ארויס די דיימאנט שטיין, מען זאגט: "גם זו לטובה!" מען בלייבט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - קען איך דרייוון א קאר, ווען עס שמעקט נישט פאר מיין שווער?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר דעם שיינעם שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן דא אין לעיקוואד.


עס איז מיר זייער שווער זיך אן עצה צו געבן אין לעיקוואד אנצוקומען צו מיין ארבעט אן א קאר. איך דארף נעמען א קאר סערוויס צו יעדע פלאץ, וואס איז דאס קאסט מיר בערך טויזנט דאלער א חודש, און אפילו מער; אויסער וואס איך פארליר אסאך צייט ביים ווארטן פאר די קאר אנצוקומען.


מיין ווייב שעמט זיך פון אירע עלטערן אז איך זאל דרייוון א קאר, ווייל מיר זענען רבי'ש, זי פארשטייט מיך אבער אז איך וויל יא האבן א קאר, זי וויל נאר איך זאל רעדן צו איר טאטע, אים מסביר זיין אז איך גיי עס נאר נוצן פאר די ארבעט.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן ווי אזוי עס צו זאגן פאר מיין שווער? אדער אפשר זאל איך אים גארנישט זאגן, נאר קויפן א קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון, און אז דיין שווער וויל נישט דו זאלסט דרייוון - זאלסטו זיך נישט רייצן מיט אים.


דארפסט קיינעם נישט זאגן, דארפסט קיינעם נישט פרעגן רשות; קענסט אנהויבן דרייוון, זאג פאר דיין ווייב תחי' אז דו וועסט עס נאר נוצן פאר די ארבעט; איר טאטע וועט נישט וויסן פון דעם, און אויב ער וועט אויסגעפונען אז דו פירסט א קאר - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן מכבד זיין דיין ווייב און אירע עלטערן, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, עיין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.