שאלה אין קורצן ענין
#200 - איך האב אוועקגעווארפן מיין סמארטפאון, מיין ווייב וויל עס אבער נישט אוועקווארפן, וואס טו איך?
שלום בית, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר זייער שטארק מחזק געווען, איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך האב אייך געטראפן, און איר דערנענטערט מיר צום אייבערשטן. איך האב שוין געענדיגט צען מאל ששה סדרי משנה, און איך האב א שיעור אין גמרא און אין רמב"ם.


איך מוטשע זיך מיט שלום בית און מיט חובות, כאטש איך פארדין שיין פרנסה, און איך ווייס נישט אויף וואס איך דארף מער מתפלל זיין.


איך בין פטור געווארן פון מיין סמארטפאון, איך האב עס אוועקגעווארפן ב"ה, דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב וויל עס נאכנישט אויפגעבן, דארף איך איר מעורר זיין אויף דעם? אדער זאל איך ווארטן ביז ווען זי וועט אליין אפמאכן אז זי דארף עס נישט האבן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען זאל זי אוועק ווארפן איר סמארט פאון? פונקטליך די מינוט ווען דו האסט אפגעמאכט אוועק צו ווארפן דיין סמארט פאון?!


וואו איז דיין שכל? וויפיל האט מען געדארפט רעדן צו דיר ביז דו האסט פארשטאנען אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער צו תורה ויראת שמים ווען דער טאטע זיצט אין שטוב און שפילט זיך פיר און צוואנציג שעה מיטן סמארט פאון? און יעצט ווילסטו אז זי זאל דאס גלייך אליינס פארשטיין?! וויפיל מאל האסטו געענדיגט ששה סדרי משנה ביז דו האסט באקומען כוחות פון די הייליגע תורה צו האבן די שטארקייט אוועק צו לייגן דיין סמארט פאון? וואס ווילסטו, אז זי זאל עס אין איין מינוט פארשטיין?!


דער אייבערשטער זאל אריין ברענגען א ריינע גייסט אין אידישע קינדער מען זאל וויסן ווי שעדליך עס איז ווען עלטערן שפילן זיך מיטן סעלפאון; עס רייסט ארויס יעדעס פינטעלע יראת שמים פון די עלטערן און פון די קינדער. אז מען דארף דאס פאר די ארבעט איז איין צרה, אבער אין שטוב איז מען נישט בארעכטיג דאס אריין צו ברענגען בשום פנים אופן. די אלע וואס האלטן זיך קלוגער פון ערליכע אידן וועלן דארפן צאלן א טייערע פרייז שפעטער, ווען מען וועט זיך כאפן וואו די קינדער האלטן וכו' וועט שוין זיין אביסעלע שפעט.


ווער רעדט נאך ווי שעדליך עס איז אז א אידישע מאמע האט א סמארט פאון; דאס איז זייער שלעכט פאר די גאנצע שטוב, עס נעמט איר אוועק פון אירע קינדער, עס נעמט איר אוועק פון טון די שטוב ארבעט און עס שפירט זיך ווי א שטוב אן א מאמע השם ישמרינו; קינדער קענען נישט אויפוואקסן מיט א מאמע וואס הערט נישט, זעט נישט און שמעקט נישט נאר איין זאך – איר סעל; קינדער דארפן א מאמע וואס ווען זיי רעדן צו איר איז איר קאפ מיט זיי, נישט אינעם טעלעפאן, און הערט זיי אויס בלויז מיט א פערטל אויער. די קינדער באקומען א געפיל ווי זיי זענען נישט ווערד, מען דארף זיי פשוט נאר פאר די פאר מינוט וואס מען דארף כאפן בילדער פון זיי און שיקן ווייטער אויף סאשעל מידיע; אזא שטוב ווערט חרוב רחמנא לצלן.


דו קענסט רעדן מיט דיין ווייב שיינע ווערטער; ווייז איר דעם בריוו און זאג איר אז פאר דיר איז אויך זייער שווער געווען דאס אוועק צו לייגן וכו', און דו האסט עס געטון נאר ווייל דו ווילסט אויפציען ערליכע דורות. אזעלכע ווערטער וועט זי פארשטיין, אבער חס ושלום צו רעדן שארפע ווערטער.


אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב וועסטו האבן פרנסה בשפע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב דו וועסט רעדן צו איר שיינע ווערטער, וועסטו ארויס גיין פון דיינע חובות און זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויפציען ערליכע אידישע דורות.

#199 - וואס טוט איך אז ביי מיין חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס וואס ער טוט פאר אונז, די אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפן אזויפיל אין לעבן.


איך בין א ... חסיד, און ביי אונזער חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן, איך האב אבער א שטארקע געפיל יא צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, וואס קען איך טון?


א גרויסן יישר כח, און דער אייבערשטער זאל געבן כח און מח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער מקרב צו זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז דו זאלסט באהאלטן דיין התקרבות צום רבי'ן פון דיינע חברים. ווי לאנג דיין ווייב תחי' איז מיט דיר, זי איז מסכים זאלסט פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן זע איך נישט וואס דיין פראבלעם איז.


אז דו וועסט זיך נישט רייצן וכו' וועט קיינער נישט וויסן אז דו ביסט בכלל געפארן קיין אומאן; ... חסידות איז זייער גרויס היינט, מיט אסאך בתי מדרשים און מען קען נישט האלטן חשבון ווער עס דאווענט דא און ווער עס דאווענט דארט. רעד נישט צו קיינעם פון ברסלב, רייץ דיך נישט מיט קיינעם - וועט קיינער נישט וויסן וואו דו ביסט ראש השנה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס זיין שווער האט זיך פארלייגט אויף אים ער זאל נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן צום רבי'ן, למעשה איז ער יא געפארן קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה. נאך ראש השנה ווען זיין שווער האט אים געפרעגט וואו ער איז געווען דורכאויס יום טוב, האט ער אים געענטפערט: "איך בין געווען אין שפיטאל וואו איך בין דורך א שווערע אפעראציע", אזוי האט אים דער שווער אפגעלאזט.


ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט פון זאגן ליגנט, האט ער געענטפערט אז דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג משנה זיין זיך צו ראטעווען פון מחלוקת; צווייטנס, איך בין טאקע געווען אין שפיטאל; איך בין געפארן צום גרעסטן שפיטאל אויף דער וועלט וואס פארמאגט דעם גרעסטן דאקטער. דער רבי איז אונזער דאקטער, ער היילט אונז אלע.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה, שפעטער איז די בת מלכה אנטלאפן פונעם קעניג, דער קעניג האט ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל איר זוכן וואו זי איז, האט מען איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער, ענדערש זאל איך דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר'. ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן די בת מלכה וואס דאס גייט ארויף אויף א אידישע נשמה; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, ער ווערט צעבראכן ביי זיך און געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט "אוּן אִיך הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


האט דער ברסלב'ער איידעם אויסגעפירט: "קומט אויס אז דער רבי איז מיין דאקטער, און אומאן איז מיין שפיטאל וואו איך הייל זיך".


דאס זעלבע זאלסטו טון; קריג זיך נישט מיט קיינעם און רעג נישט אויף דיין משפחה וכו'. דער עיקר זאלסטו זען אז דיין פארן זאל זיין מיט די הסכמה פון דיין ווייב; אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט קומען קיין אומאן איז נישט קיין שום פראבלעם דו זאלסט קומען. אויב דיין ווייב שטעלט אן אויפשטאנד דאן איז זייער ביטער, דעמאלט איז נישט כדאי צו קומען קיין אומאן, ווייל אן א ווייב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח איז מען ווי א טויטער מענטש.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, ווייל דאס איז דער יסוד פון קדושה וטהרה; אז מאן און ווייב לעבן באהבה אין שטוב נאר דעמאלט קען מען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה וואס וועט זיין במהרה בימינו.

#198 - וואס טו איך אז מיין ווייב קען נישט אננעמען א קאמפלימענט?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם דארף איך זיך באדאנקען אויף אייערע דרשות, דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן, איך רעד מער צום אייבערשטן, איך קוק אנדערש אויף מיין ווייב און קינדער און אויף אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער האט מיר דאס גאר אסאך געהאלפן ברוך ה'.


איר זאגט אסאך ביי די דרשות אז מ'זאל געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב נעמט עס נישט אן, זי זאגט אז זי פילט נישט אז ס'איז אמת'דיג, זי פילט נישט קיין ליבשאפט אין דעם.


אויך ביי אנדערע זאכן אינדערהיים האט זי נישט קיין געפיל, זי טוט מיר א גאנצע טובה וכו', עס אינטערעסירט איר נישט צו שטארק וכו', און דאס מאכט מיר זייער שווער, איך דארף ארויסגיין ארבעטן אויפ'ן גאס, און ווען מ'ווערט נישט זאט אינדערהיים, האט מען פילפאכיג מער נסיונות אויפ'ן גאס.


איך האב שוין אזויפיל מתפלל געווען אויף דעם, איך זע אבער נאכנישט קיין שינוי לטובה, איך ווער זייער צעבראכן און מיואש פון דעם. איך בין שוין געווען ביי אסאך מענטשן נאך הילף, אפשר אויף א שטיקל צייט איז עס בעסער געווארן, אבער נאכדעם איז עס צוריק געפאלן, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק אויף דעם.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס עצות עפענט זיך אויף פארן מענטש א נייע וועלט, מען הייבט אן לעבן נאך בזה העולם א לעבן פון 'גן עדן', מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


דער הייליגער רבי וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף; ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט מקוים דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", דער איד וועקט זיך אויף פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער זאגט "אָכֵן", עס איז אמת "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא, "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי", און איך האב נישט געוואוסט; פאר מען הערט פון רבי'ן ווייסט מען נישט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, עס איז אזוי ווי מען שלאפט א טיפער שלאף.


א איד האט דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) אז ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש, איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, מוהרא"ש איז דעמאלט געווען א מלמד, און ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז):  "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; האט דער איד דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפינט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'.


בנוגע געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב; קודם כל נישט איך זאג אז מען דארף געבן גוטע ווערטער אין שטוב, נאר דער רבי זאגט דאס. דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד), ווייל זיי ליידן פון די קינדער זייער אסאך צער און עגמת נפש. צער העיבור, והלידה, והגידול וכו' וכו'; נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; און בכלל איז שלום בית געווען א יסוד היסודות ביים רבי'ן.


עס זענען דא מענטשן וואס ווייסן נישט ווי אזוי מען נעמט ליבשאפט; צום ביישפיל ווען מען געבט זיי א גוט ווארט ווארפן זיי דאס אוועק וכו' וכו', ווער רעדט נאך פון געבן גוטע ווערטער - דאס קענען זיי זיכער נישט. דאס קומט על פי רוב ווייל זיי האב דאס נישט באקומען אין די יונגע יארן, מען האט זיי נישט געגעבן גוטע ווערטער וכו'; דאס מאכט זיך אמאל ביי די פרוי און מאל ביי דעם מאן, און פון דעם ווערט א שלום בית פראבלעם.


אבער אנשטאט ווערן בכעס אויפן צווייטן, אז יענער וויל נישט נעמען קיין ליבשאפט און זיכער נישט געבן וכו', דארף מען דאס אנקוקן מיט א רחמנות'דיגע בליק, אז זיי האבן דאס נישט באקומען פון קינדווייז אן; זיי זענען אריבער שווערע קינדער יארן, דעריבער קענען זיי נישט נעמען גוטע ווערטער און זיכער נישט געבן.


וואס איז די עצה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן נאר אויב דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן. אבער אויב דער מאן האט נישט קיין שכל, ער דערנידערט איר און ער צעברעכט איר ביז זי ווערט א שברי כלי, דעמאלט וועט קיינמאל נישט זיין צווישן זיי קיין שלום בית, זי וועט קיינמאל נישט ווערן איינס מיט איר מאן.


זייער אסאך מאל האט מען חתונה מיט א פרוי א שברי כלי; אלס מיידל האט מען איר אלץ נאר צעבראכן און אראפגעקלאפט, און דאס קלאפט אויס שפעטער ווען מען האט חתונה, דעריבער דארף דער מאן מאכן פון די 'שברי כלי' א 'כלי'; כסדר איר אויסרימען און אויסלויבן. אודאי וועט זי זיך ווייטער אראפ קלאפן: "איך בין נישט גוט"; "איך בין נישט קיין ווייב"; "איך האב רחמנות אויף דיר אז דו האסט חתונה געהאט מיט מיר"; "מיינע געשוויסטער זענען אלע מער געלונגען ווי מיר", וכדומה לזה; מיט דעם אלעם טאר מען זיך נישט דערשרעקן, נאר מען דארף ווייטער רעדן שיין און האלטן אין איין חזר'ן: "ביי מיר ביסטו זייער גוט"; "ביי מיר ביסטו מיין קרוין"; "ביי מיר ביסטו דאס חשוב'סטע"; ביז מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי.


מען טאר נישט ווערן באליידיגט וכו' ווען מען געבט ליבשאפט וכו' און די ווייב ווארפט עס צוריק, און זיכער נישט טראכטן אז זי דארף נישט וכו'; עס איז איר פשוט שווער דאס צו נעמען, זי ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט א קאמפלימענט. פרוביר צו גיין שטייטערהייט, האב סבלנות צו איר, דורכדעם וועסטו אנקומען גאר ווייט, אזוי ווי דער מאמר החכם לויטעט: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#197 - מעג מען טוישן דעם לבוש אינדערהיים?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב גייט ב"ה זייער צניעות'דיג אויפ'ן גאס, איך האב זייער הנאה דערפון אז זי איז נישט מכשיל קיין פרעמדע מענער. איך וויל נאר וויסן אויב איך מעג פארלאנגען אז זי זאל טוישן איר לבוש אינדערהיים?


א גרויסן יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רועט אין שטוב, ווייל דער אייבערשטנס נאמען איז שלום (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה, און פאקערט, אז מען קריגט זיך פארטרייבט מען די שכינה, און אנשטאט די שכינה קומט דער שטן השם ישמרינו.


וואויל איז דיר אז דו שעצט דיין ווייב ווי זי גייט אנגעטון בצניעות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; ווער וויל דען נישט זוכה זיין צו גוטע קינדער? עס כאפט א שרעק וואס גייט פאר אין אונזער דור, וויפיל אידישע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק טאג טעגליך; דא געבט אונז דער הייליגער רבי נישט בלויז אן עצה נאר אויך א הבטחה: "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", דארפן מיר זיך דאך צו כאפן צו דעם און פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר האבן ערליכע קינדער און שעפן נחת פון זיי.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות): עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א פרוי וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג און זי פלעגט אנרייצן בחורים און אינגעלייט צו קוקן אויף איר, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".


עס זענען דא אינגעלייט וואס מאכן משוגע זייערע ווייבער זיך צו טוישן זייער ערליכע לבוש; זיי דרייען אראפ דעם קאפ פאר די ווייב זי זאל זיך אנטון אויפן גאס מער פראסט און מער אויפפאלנד. אנשטאט ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זיין ווייב איז איידל און טייער, עסט ער זיך אויף און זוכט זיך צרות פון אונטער דער ערד.


אין שטוב איז נישט קיין פראבלעם אז מען שטעלט זיך אהער פארן מאן וכו', מען דארף נאר אכטונג געבן נישט צו צעמישן די קינדער וכו', אבער אין גאס איז צניעות א מעלה נישט קיין קנס; איידלקייט און באשיידנקייט איז א מעלה און דורכדעם איז מען אפגעהיטן פון נישט גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת פון דיינע קינדער; עס זאל מקוים ווערן ביי דיר די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" - ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה.

#196 - ווי אזוי קען איך האבן א פרייליכע יום טוב, ווען מיין מאן פארט קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה גייט יעצט אנהויבן צו רעדן איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש ישיבה, וואס זאל איך אבער טון אז איך ווער ממש קראנק ווען איך טראכט נאר אז מיין מאן גייט מיר איבערלאזן אויף ראש השנה.


איך האב נישט וואו צו גיין אויף יום טוב, איך האב נישט קיין קרובים אדער חבר'טעס וואס זייערע מענער פארן קיין אומאן. און ביי מיינע עלטערן איז א באזונדערע מעשה, מיין מאמע היט ליידער נישט קיין שבת ויום טוב, און מיין טאטע יא, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן וואס ס'גייט פאר ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביי א יום טוב'דיגע סעודה. ביז יעצט בין איך סיי ווי אהינגעגאנגען, אבער יעצט אז מיין קינד שוין עלטער, און ער פארשטייט שוין, קען איך אים נישט צולאזן דאס מיטצוהאלטן. איז מיין איינציגסטע ברירה צו בלייבן אליין אינדערהיים, און פארשטייט זיך אליין אז דאס וועט מיר נישט זיין קיין שמחת יום טוב.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, איך זאל נישט דארפן צוריק האלטן מיין מאן פון פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין די וועגן פון די הייליגע תורה און איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר טוט זייער גוט אז איר האלט זיך צוריק פון צו גיין צו אייערע עלטערן אז אייערע קינדער זאלן נישט זען ווי די באבע היט נישט קיין שבת.


בנוגע אז איר ווילט נישט בלייבן אליינס ראש השנה וכו'; ערשטנס דארפט איר נישט בלייבן אליין, עס איז דא נאך פרויען וואס וואלטן זיך געפריידט צו האבן נאך א פרוי מיט זיך דורכאויס ראש השנה (איר קענט זיך פארבינדן אין אפיס פון די קהלה, מען וועט אייך העלפן מיט דעם פרט).


צווייטנס דארפט איר וויסן אז דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דעריבער זעט צו מתפלל זיין אז אייער מאמע תחי' זאל תשובה טון, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה זי זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; פון יעצט ביז ראש השנה זאלט איר מתפלל זיין אז זי זאל תשובה טון, אזוי וועט איר קענען גיין מיט אייערע קינדער צו איר.


דריטנס וויל איך אייך פרעגן, ווען עס וואלט געווארט אויף אייער מאן א שווערע משפט חס ושלום, וואלט ער זיכער ארום געלאפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן אים ראטעווען, ער וואלט נישט געקוקט אויף גארנישט אין דער וועלט, גארנישט וואלט אים געקענט אפהאלטן פון פארן צום גרעסטן לויער; איר וואלט אים זיכער געזאגט: "פאר וואו דו ווילסט, צו וועם דו ווילסט, אבי דו זאלסט זיך קענען ראטעווען", ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווארט אויף אים טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וואלט דאך א מענטש געטון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך אייך, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן; מען זאגט ביים דאווענען: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם וכו' וכו'"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו – אלעס ווערט אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "שֶׁעוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן; איז דאך זיכער אז א מענטש מיט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, ער כאפט זיינע פעקלעך און לויפט זיך ראטעווען.


דעריבער דארפט איר זיך פרייען אז אייער מאן פארט פועל'ן ראש השנה ביים רבי'ן א גוט יאר; ער וועט אייך אהיים ברענגען ישועות אין אלע אייערע ענינים.


מיט תפילה וועט איר צוריק ברענגען אייער מאמע'ן צום אייבערשטן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, און וואס מען קען פועל'ן מיט תפילה קען מען נישט באקומען דורך קיין שום אנדערע וועג.


איר זאלט האבן א געזונטן זומער.

#195 - וויפיל איז דער שיעור פון "קדש עצמך במותר לך"?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, מיט א גוטע שלום בית ב"ה, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "קדש עצמך במותר לך", וויפיל איז דער שיעור? און ווי ווייט גייט עס אז מ'דארף זיך הייליגן?


איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"). ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעמען ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו', און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


וויסן זאלסטו אז מיר לעבן היינט אין א דור פון הפקירות און פריצות, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקעלדיגסטע אויסגעלאסענסטע עבירות רחמנא לצלן און עס איז נישט מעגליך מען זאל נישט דורך פאלן מיט עבירות רחמנא לצלן, אבער אז מען האט חתונה - דאס ראטעוועט דעם מענטש פון שלעכטע מחשבות און פון עבירות, ווייל אז מען האט 'פַּת בְּסַלּוֹ', מען האט א ווייב - דאן זוכט מען נישט קיין עבירות.


וואס טוט דער יצר הרע? ער וויל דאך אראפ ווארפן דעם מענטש; איז ער זיך מתלבש אין מצוות און רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיין אפגעשיידט אין שטוב וכו', אזוי וועט ער גיין זוכן שמוץ.


דאס זאלסטו גוט וויסן: "פרישות איז מעשה בעל דבר"; ווייל ווען א מענטש האט חתונה היט אים זיין ווייב אפ פון עבירות, און די אלע מחשבות וואס דער מענטש האט צו זיין א פרוש - דאס איז מעשה בעל דבר אים אריין צו כאפן אין א פאסטקע און אים מכשיל זיין מיט עבירות.


 דאס וואס דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דאס וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, סימן קא) אויפן פסוק (דברים יד, כא): "כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה" - "קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָך"; אדרבה, דאס מיינט מען צו זאגן אז מען זאל זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועט מען זיין הייליג און נישט צו קומען צו קיין ביטערע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית".


דערפאר האט דער הייליגער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל חתונה האבן; דער רבי האט נישט געלאזט בחורים קומען צו אים, אויב א בחור איז געקומען צום רבי'ן, האט ער אים געזאגט: "גֵיי אַהֵיים אוּן קוּם צוּרִיק צוּ מִיר מִיט אַ טַלִּית", דאס מיינט ווען דו וועסט חתונה האבן – וואס דעמאלט טוט מען אן א טלית - זאלסטו צוריק קומען צו מיר.


ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות; בפרט אין אונזער דור וואס איז ערגער פון דור המבול - איז נישט דא קיין אנדערע וועג צו זיין הייליג, נאר אז מען לעבט מיט א ווייב אן קיין פרישות. אז מען לעבט אין שטוב אן פרישות איז מען זוכה צו א ריינע מח-מחשבה און מען איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מה שאין כן אויב מען איז זיך פורש וכו' קען מען אראפפאלן אין נישט גוטע זאכן.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז נישט שייך מאריך צו זיין אין דעם ענין וכו', אבער איין זאך זאלסטו געדענקען, דאס וואס רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון די אלע פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס פאר חתנים און כלות חומרות, ווייל אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט חתנים און כלות; אנשטאט צו לערנען מיט חתנים און כלות די הלכות אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווי אזוי צו לעבן מיט ליבשאפט וכו', לערנט מען מיט זיי אלע סארט דמיונות, שטותים און נארישע חומרות וואס דאס איז גורם אזוי פיל גיטין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#194 - וואס טו איך אז דאס פארן אויף אומאן קען זיין שווער פאר מיין ווייב?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע דרשות און שיעורים וואס האבן געמאכט אויף מיר א געוואלדיגער שינוי לטובה, איך האב ב"ה יעצט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל.


איך וויל שוין מאכן א טיקעט אויף אומאן, מיין ווייב איז אבער נערוועז ווייל זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, אויב וועל איך אבער ווארטן ביז דעמאלט, וועט עס קאסטן פיל טייערער. אפשר זאל איך מאכן א טיקעט שטילערהייט אן דעם וואס זי זאל אפילו וויסן דערפון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פאררופסט זיך "א פרישער מקורב", דאס זעט מען שוין פון דיין שאלה; זעט אויס אז דו ווייסט נישט אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית. ווייל אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע קאפ, און אויב איז פארקערט חס ושלום, מען האט נישט קיין שלום בית – דאן איז זייער ביטער; מען איז פול מיט שלעכטע מחשבות. דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל מכבד זיין די ווייב און איר האלטן חשוב און טייער (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווייט, אז אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן – אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיטן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


אז דיין ווייב ווארט וכו' און זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, זאלסטו נישט קויפן יעצט א טיקעט אפילו עס איז ביליגער, ווייל אפשר וועסטו נישט קענען קומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אפשר וועט זיך דאס אריין שלעפן וכו'; ענדערש זאלסטו צו ווארטן און דעמאלט זאלסטו זען צי עס איז שייך בכלל אז דו זאלסט קומען דאס יאר. אזוי ווי שבת אז מען דארף האבן וכו' איז די הלכה אז דער מאן מעג מיט גיין וכו' און עס איז נישט דא ביי דעם קיין חילול שבת, ווייל דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת, אזוי איז אויך ווען עס קומט ראש השנה און מען דארף האבן ראש השנה איז עס דוחה דאס פארן קיין אומאן.


וואס דאגה'סטו יעצט אויף ראש השנה? דו האסט נאך אסאך צייט ביז ראש השנה, און מיט תפילה קענסטו נאך זיין היי יאר ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן; זיי מתפלל אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב און אז דו זאלסט נאך קענען אנקומען צום רבי'ן.


פאלג מיר, גיי נישט אונטערן ריקן פון דיין ווייב; זיי נישט קיין אויבער חכם און טו נישט קיין ווילדע זאכן וואס וועט גורם זיין נאכדעם אז דו וועסט אלעס אפלאזן, פון רבוי אור ווערט נאכדעם שבירת הכלים וכו'. קויף א טיקעט נאר אויב דיין ווייב איז מסכים, און אלעס וואס דו טוסט זאלסטו טון מיט איר צוזאמען. פאר מען האט חתונה דארף מען קיינעם נישט פרעגן וואס ווען און וואו, אבער אז מען האט חתונה געהאט איז די לעבן ווי א שותפות; נישט דא קיין סודות און נישט דא קיין אויסשפילן; די אלע וואס שפילן אויס די ווייב בלייבן נאכדעם אליינס אויסגעשפילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין התקרבות צום רבי'ן זאל זיין מיט אן אמת, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#193 - איך וויל מיין מאן זאל זיין ערליך, ווי אזוי באווייז איך דאס?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א שיינע משפחה, איך האב חתונה געהאט מיט א בחור פון א שטוב פון בעלי תשובה, ס'איז געווען א שווערע שידוך פאר מיינע עלטערן, איך האלט אבער אז דאס איז געווען פון הימל.


מיין פראבלעם איז אז מיין מאן טוט נישט אסאך וויכטיגע מצות וואס א מאן דארף צו טון, איך האב אסאך צער פון דעם, איך וויל ער זאל זיין ערליך און נאנט צום אייבערשטן, נישט צוליב מיר נאר לשם שמים, ווי אזוי קען איך מקרב זיין צום אייבערשטן?


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט געגעבן ספעציעלע כוחות פאר א פרוי אז זי האט די כוחות אויפצוהייבן איר מאן און אזוי אויך פארקערט חס ושלום.


שלמה המלך דער גרעסטער חכם פון דער וועלט זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויעט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס איז א קליגע פרוי, און א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי. א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז דער מאן וועט זיך טוישן צום גוטן, ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


געבט א קוק צו וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זוכה געווען אלעס אין זכות פון זיין ווייב; רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שֶׁלִּי וְשֶׁלָּכֶם שֶׁלָּהּ הִיא", מיין גאנצע תורה און אייער תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב. רבי עקיבא איז געווען א פאסטוך ביי איר טאטע בן כלבא שבוע, ער האט נישט געלערנט און ער איז געווען זייער ווייט פון די הייליגע תורה, האט אים זיין צוקונפטיגע ווייב געפרעגט: "אִי מִקַּדַּשְׁנָא לָך אָזְלַת לְבֵי רַב?", אויב איך וועל צו דיר חתונה האבן וועסטו גיין אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה? האט ער געזאגט: "יא", זיי האבן חתונה געהאט און זי האט אים מעודד געווען ביז ער איז געווארן דער הייליגער תנא רבי עקיבא; זעט מען פון דעם אז א פרוי האט די כח אויפצוהייבן איר מאן ער זאל לערנען און דאווענען, מיט דעם וואס זי געבט אים ליבשאפט און ווארימקייט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייעך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייעך און מען קען אלעס פועל'ן.


פארשטייט זיך אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אוועק צו גיין פון די תורה; אויף דעם זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן; פון איין זייט צו זיין זייער א ווארימע ווייב וכו' און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק ביי זיך נישט אוועק צו גיין פון די וועגן פון די הייליגע תורה און פון די דרך האבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - וועט אונזער שלום בית אנהאלטן אויך אין די עלטערע יארן?
שלום בית, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א געטרייער מאן מיט לעכטיגע קינדער, מיר האבן ב"ה א שיין לעבן, איך מוטשע זיך אבער מיט א דמיון וואס שטערט מיר שטארק. איך טראכט אלעמאל אז דאס וואס מיר האבן זיך ליב איז נאר יעצט ווען מיר זענען יונג, אפשר ווען מיר וועלן עלטער ווערן וועט ער מיר שוין נישט דארפן, און מיר וועלן זיך אנהויבן צו קריגן.


איך ווייס אז ס'איז סתם דמיונות און איך דארף נישט טראכטן וואס וועט זיין שפעטער, נאכאלץ שטערט מיר דאס אבער. אפשר קענט איר מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא א מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט דעם פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז מיט א פונקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


אז איר האט יעצט אין אייערע יונגע יארן א גוטע שלום בית וועט איר האבן שפעטער אויף דער עלטער נאך א בעסערע שלום בית; מען קען זען אן עלטערע פאר-פאלק ווי זיי פירן זיך מיט א דרך ארץ איינער מיטן צווייטן, מיט כבוד איינער צום אנדערן, דאס איז נאר ווייל אין זייערע יונגע יארן האבן זיי געארבעט אויף זייער שלום בית; מה שאין כן די אלע וואס קריגן זיך אויף דער עלטער השם ישמרינו, די אלע האבן זיך שוין געקריגט אין אנהייב פון זייער לעבן. איין חילוק איז דא, ווען מען איז יונג קען מען עס באהאלטן וכו', אבער אויף דער עלטער האלטן אלע מיט יעדע ריר וכו'.


אז איר האט יעצט א שיינע לעבן וואס זוכט איר זיך פרעמדע זארג? דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): די לבנה האט געזאגט פארן זון ווען די זון האט זיך אפגערעדט אז זי שיינט אויפן בוים וכו': "אז דאס איז דיין זארג, דו זארגסט פרעמדע זארג!" דאס זעלבע זאג איך אייך: "וואס דארפט איר זארגן פרעמדע זארג?" מען דארף לעבן מיטן 'יעצט', מיטן 'הוה'; אז איר האט א שיינע לעבן מיט אייער מאן און קינדער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אויף ווייטער.


שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה יָבֹא לְבִטָּחוֹן (ספר המידות, אות בטחון, סימן ד)", דורך אמונה קומט מען צו בטחון; און אז איר וועט האבן בטחון וועלן אלע דאגות אוועק פאלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן ט): "עַל יְדֵי בִּטָּחוֹן אָדָם נִיצוֹל מִדְּאָגָה", ווען א מענטש האט בטחון ווערט ער געראטעוועט פון דאגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#191 - זאל איך אוועקפארן אן מיין ווייב?
שלום בית, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאס איז מיר זייער מחזק אין תורה ותפלה, יראת שמים ושלום בית, און נאך פיל. א גרויסן יישר כח.


איך בין געוואוינט צו פארן אלע יארן זומער מיט מיין ווייב קיין חוץ לארץ אויף די בערג פאר וואקאציע אפאר וואכן, דאס געבט מיר געזונט און הרחבת הדעת. דאס יאר וויל זי נישט פארן (זי האט א גערעכטע סיבה דערצו, וואס איז נישט די פלאץ דא אויסצושמועסן), זי פארשטייט אבער אז איך דארף דאס האבן און זי געבט מיר רשות צו פארן אליין מיט מיינע חברים, למעשה וויל איך אבער נישט פארן אן איר, דאס איז נישט קיין וועג אין שלום בית, מצד שני וויל איך אבער פארן צוליב מיין געזונט.


איך האבן שוין פיל מתפלל געווען דערויף צו וויסן וואס צו טון, איך ווייס אבער נאכאלץ נישט וואס איז ריכטיג פאר מיר צו טון, אפשר קענט איר מיר זאגן וואס איך האב צו טון?


יישר כח.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


עס איז מיר שווער צו ענטפערן ווען איך ווייס נישט וואס, ווען און ווי; איך קען דיר שרייבן וואס דער הייליגער רבי האט געהאלטן (שיחות הר"ן, סימן רמא): דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועק פארן פון שטוב און איבער לאזן די ווייב וכו'. אין יענע צייטן פלעגן די מלמדים אוועק פארן פון שטוב, זיי האבן איבער געלאזט די ווייב פאר א האלבע יאר. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף דעם און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי מיט א שלעכטע לשון, קוק נאך דעם לשון וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי, עיין שם.


אז דו דארפסט אוועק פארן פון שטוב זאלסטו מיט נעמען דיין ווייב מיט דיר; חס ושלום אוועק פארן פאר א לאנגע צייט אן די ווייב, דאס איז א גרויסע סכנה, בפרט היינטיגע טעג, ודי לחכימא.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא; דאס וועט דיר ברענגען א רפואה און דאס וועט דיר אויסהיילן בגשמיות וברוחניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - מעג א פרוי זיך שמירן דאס פנים אינדערהיים? און צי דארף מען האבן ערב פסח מצות?
שלום בית, צניעות, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, און ספעציעל א יישר כח פאר די בריוו, איך נעם ארויס פון דעם זייער אסאך עצות אין לעבן.


איך האב אייך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס ביי אונזער משפחה פירט מען זיך אז די פרויען שמירן זיך נישט דאס פנים, וויל איך וויסן אויב אינדערהיים מעג מען זיך פירן אנדערש און זיך יא שמירן, אויב דער מאן וויל אזוי.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן ערב פסח מצות, איך פלעג דאס קויפן יעדעס יאר, עס קאסט אבער זייער אסאך געלט און ס'איז מיר שווער דאס נאכצוקומען, אויב איך מעג אויפהערן עס צו קויפן און יוצא זיין מיט געהעריגע מצות.


יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע מחזק צו זיין דיין ווייב זי זאל זיין שטארק ביי זיך מיט איר צניעות; דער שולחן ערוך הייבט זיך אן (רמ"א; אורח חיים סימן א, סעיף א): "וְלֹא יִתְבַּיֵּשׁ מִפְּנֵי בְּנֵי אָדָם הַמַּלְעִיגִים עָלָיו בַּעֲבוֹדַת הַשֵׁם יִתְבָּרַך", מען זאל זיך נישט שעמען פון מענטשן וואס שפעטן אפ אויף עבודת השם; שעמען דארף מען זיך נאר פונעם אייבערשטן. א פרוי וואס פירט זיך בצניעות דארף זיין זייער שטארק ביי זיך אז זי טוט דער ווילן פונעם אייבערשטן און זי וועט באקומען באצאלט שכר ערליכע קינדער און אייניקלעך, אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פיל מיט טרויבן בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", זי וועט האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה, און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", עיין שם.


בנוגע וכו'; א פרוי מעג זיך שיין מאכן פאר איר מאן וכו'. און וואויל איז פאר א פרוי וואס העלפט איר מאן זאל זיין אפגעהיטן פון עבירות, בפרט היינטיגע טעג ווען די נסיונות זענען זייער גרויס, דארף מען האבן גרויס שמירה צו זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): אין דעם זכות וואס די פרויען ווארטן אפ זייערע מענער און היטן זיי אפ, וועלן זיי זוכה זיין צו באקומען שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


בנוגע ערב פסח מצות אז עס קאסט אסאך געלט וכו'; דער זוהר הקדוש זאגט (שמות, קכח.): אויפן פסוק (שמות כה, ב): "וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי - הַאי מַאן דְּבָעֵי לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּמִצְוָה, וּלְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אִצְטְרִיךְ דְּלָא יִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ בְּרֵיקָנַיָּיא וּבְמַגָּנָא, אֶלָּא אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ כַּדְקָא יֵאוֹת כְּפוּם חֵילֵיהּ", ווען א מענטש טוט א מצוה דארף מען באצאלן געלט פאר די מצוה, דורך דעם איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, עיין שם; דעריבער דארפן מיר זיך פרייען אז עס קומט אזא הייליגע יום טוב פסח און מיר גייען זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצוות און אודאי באצאלן געלט פאר די מצוה אז מיר זאלן זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אמאל בשעת'ן האלטן די מצה אום פסח זיך אנגערופן: "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט"; ווייל מצה איז א שטיק געטליכקייט און דאס ברענגט אריין אמונה אינעם מענטש.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת בא, מא.) אז מצה ווערט אנגערופן: "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; ווייל דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה. ווידער אויף א צווייטע פלאץ (פרשת תצוה, קפג:) רופט עס דער זוהר אן: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; אז מצה היילט אויס דעם מענטש. זאגט מוהרא"ש אז מיטן רבינ'ס ווערטער איז עס איין זאך, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; קומט אויס ווען מען עסט מצה און עס ווערט געשטארקט די אמונה ווערט מען אויסגעהיילט.


ווען א מענטש איז לא עלינו נישט געזונט און ער גייט זיך היילן ביי א גרויסער דאקטער, דער דאקטער זאגט אים: "איך האב פאר דיר נאר איין רפואה, דאס וועט דיר גענצליך אויסהיילן, אבער די מעדעצין קאסט אסאך געלט", וואלט א מענטש זיכער אוועק געגעבן אלעס אויף דער וועלט אבי ער זאל לעבן, אזוי ווי רש"י זאגט (איוב ב, ד): "כֵּן דֶרֶך בְּנֵי אָדָם; כְּשֶׁרוֹאֶה הַחֶרֶב בָּאָה עַל רֹאשׁוֹ, מֵגִין בִּזְרוֹעוֹ לְפָנָיו, וְכָל שֶׁכֵּן כָּל אַשֶׁר לְאִישׁ בְּמָמוֹן - יִתֵּן"; איז דאך זיכער אז ווען עס קומט צו קויפן די הייליגע מצה וואס דאס היילט אונז אויס ברוחניות און עס ברענגט אונז נאנט צום אייבערשטן, דארף מען זיכער קויפן מצה ביד רחבה און נישט קארגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן גרויס שפע, זאלסט קענען אויפנעמען דעם יום טוב מיט שמחה און מיר זאלן זוכה זיין צו עסן נאך היי יאר דעם קרבן פסח מיט משיח צדקינו, אמן.

#189 - איך האב נישט קיין שלום בית, און איך דערטרינק זיך אין חובות.
חובות, שלום בית, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"צ רבי יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר געפירט מיט א געוואלדיגע  השגחה פרטית אנצוקומען צו אייך נישט לאנג צוריק און צו הערן אייערע הייליגע ווערטער וואס האט געטוישט מיין לעבן, זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן צו הערן רעגלמעסיג די שיעורים און חיזוק יומי, און איך געב דאס אויך איבער ווייטער פאר אנדערע. איך פיל אז דאס איז ממש א מתנת חנם פונ'ם אייבערשטן אז איך בין אנקומען צו דעם און געקענט טוישן מיין לעבן צום גוטן.


ווען איך האב גערעדט מיט אייך, איך האב אייך דערציילט איבער די פילע שוועריגקייטן וואס איך גיי אריבער, סיי אין שלום בית, סיי אין חובות פון חתונה מאכן די קינדער, און נאך פילע שוועריגקייטן און פראבלעמען, האט איר מיר געזאגט אז דער עיקר זאל איך משקיע זיין אין שלום בית, דאס וועט מיר שוין העלפן אין אלע זאכן. למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, איך בין זייער סענסעטיוו צו קריטיק, ווען מיין ווייב הויבט מיר אן צו קריטיקירן אז איך טו דאס נישט גוט און יענץ האב איך נישט גוט מסדר געווען, טוט מיר דאס זייער וויי און איך קען דאס ממש נישט פארנעמען. וואס קען איך טון דערצו?


פון די אנדערע זייט ווער איך דערטראנקען אין חובות און איך האב נישט קיין מסודר'דיגע פרנסה, וואס דאס נעמט מיר אויך אוועק דער טעם פון לעבן. איך ווייס ממש נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, איך בין ממש מיואש פון מיין לעבן. איך האב געהערט נאכזאגן פון הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל אז ווען מ'וויל שעלטן די מינים זאגט מען די ערשטע זאך "ולמלשינים אל תהי תקוה", ווייל די גרעסטע קללה פאר א מענטש איז וועט ער האט נישט קיין האפענונג אין זיין לעבן, און דאס איז וואס איך שפיר יעצט.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ספעציעל א יישר כח פאר די לימוד ח"י פרקים משניות, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, דער אייבערשטער זאל מיר ווייטער העלפן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רחצ): "שֶּׁהַכֹּחַ שֶׁהָיָה לְדָוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם לוֹמַר שְׁמוֹנֶה פְּעָמִים אַבְשָׁלוֹם בְּנִי בְּנִי, וְעַל יְדֵי זֶה הֶעֱלָה אוֹתוֹ מִשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וְהִכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", דוד המלך האט ארויס גענומען זיין זון אבשלום פון גיהנום און אים אריין געלייגט אין 'גן עדן'. מיט דעם וואס ער האט אים גערופן אכט מאל "אבשלום בני", מיטן זאגן זיבן מאל 'בני' האט ער אים ארויסגעשלעפט פון גיהנום און ביים דערמאנען 'בני' די אכטע מאל האט ער אים אריין געברענגט אין גן עדן. "זֶה הַכֹּחַ יֵשׁ לוֹ גַּם כֵּן, שֶׁהוּא יָכוֹל זֹאת גַּם כֵּן, לְהַעֲלוֹת בְּדִבּוּרוֹ בְּעָלְמָא אֶת הָאָדָם מִכָּל הַשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וּלְהַכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", האט דער רבי געזאגט: "איך האב דעם זעלבן כח וואס דוד המלך האט געהאט, איך קען רעדן מיט א מענטש און אים ארויס נעמען פון דעם טיפסטן גיהנום און אים אריין לייגן אין גן עדן".


ווען דו האסט מיר פארציילט דיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס דו גייסט אריבער וועגן דיין געזונט, דיין פרנסה, דיינע חובות און דיין שלום בית, האב איך דיר געזאגט אז אויב דו וועסט ארבעטן אויף דיין שלום בית וועט אלעס ווערן מסודר. ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח, מען האט נישט קיין ישוב הדעת, פאלט מען אריין אין נישט גוטע זאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "קָּשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם, יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג", עס איז ערגער א קריג אין שטוב, מער ווי מלחמת גוג ומגוג; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב א מענטש האט א ווינקעלע וואו ער קען זיך באהאלטן און זיין רואיג, קען זיך די גאנצע וועלט איבערדרייען אבער אים וועט דאס נישט שטערן, ווייל ער האט זיך וואו צו באהאלטן, אבער אז מען קריגט זיך אין שטוב האט דער מענטש נישט קיין פלאץ וואו ער קען זיך באהאלטן.


דו פרעגסט וועגן שלום בית; דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב (עיין בשיחות הר"ן, סימן רסד). נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן רסג) אז דער ס"מ מאכט עס זאל זיין קריגעריין צווישן מאן און ווייב, ווייל ער וויל זיי אריינכאפן אין זיין נעץ און זיי אראפ ווארפן אין עבירות ה' ישמרינו, אבער ווען מאן און ווייב לעבן בשלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויפן מענטש.


ביי די וועלט איז אנגענומען אז ווי מער א מענטש איז אפגעשיידט וכו', ווי מער א מענטש לויפט אוועק פון שטוב, ער רעדט נישט קיין סאך מיט זיין ווייב און קינדער - דער איז א העכערער סארט מענטש. אבער ביים רבי'ן איז פונקט פארקערט; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "בִּימֵי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָיְתָה הַשְּׁכִינָה נִקְרֵאת בְּשֵׁם שָׂרָה, וּבִימֵי יִצְחָק בְּשֵׁם רִבְקָה, וּבִימֵי יַעֲקֹב בְּשֵׁם רָחֵל וְלֵאָה", און אזוי איז אין יעדע דור; ווען א מענטש לעבט בשלום מיט זיין ווייב מאכט ער א פלאץ פאר די שכינה, ווייל די שכינה רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט אן א שיעור מאל אין זוהר הקדוש אז דער אייבערשטער רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען. קוק אין פרשת נשא (דף קמה:) וואס דער הייליגער זוהר זאגט: "מַאן דְּאִתְחַבָּר דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי אָדָם, וּכְדֵין דָּחִיל חֲטָאָן. וְלֹא עוֹד אֶלָּא שַׁרְיָא בֵּיהּ עֲנָוָה. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּשַׁרְיָא בֵּיהּ חֶסֶד. וּמַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָא הֲווֹ בֵּיהּ לֹא יִרְאָה וְלֹא עֲנָוָה וְלֹא חֲסִידוּת".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט די ווייב; דאס טייטש אז ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט וועט זיין ווייב שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר. דאס איז ביים רבי'ן א יסוד היסודות, אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט קומען אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו שטיקסט זיך וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט אין זכות וואס מען איז מכבד די ווייב; דאס איז באמת א חז"ל (בבא מציעא נט.): רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פון שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ, כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", האלט חשוב אייערע ווייבער וועט איר רייך ווערן; זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש לעבט בשלום אין שטוב, ער איז א ותרן און ער איז נישט מצער זיין ווייב, וועט ער האבן גרויס שפע. פאלג דעם רבי'ן און טשעפע נישט דיין פרוי, אפילו דו האלסט אז זי איז נישט גערעכט, וועסטו האבן גרויס שפע.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב אזוי ווי חז"ל פארציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


בפרט אז דו האסט א שטוב מיט קינדער און דו מאכסט שוין חתונה קינדער, דארפסטו זיכער אכטונג געבן אז עס זאל זיין שלום אין שטוב, ווייל ווען מאן און ווייב קריגן זיך ווער ליידט די מערסטע? די קינדער. זיי פאלן נעבעך די קרבנות און זיי וואקסן אויף נישט געזונט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש תנחומא, פרשת בחקותי, סימן ה) אז ווען יפתח הגלעדי איז געגאנגען מלחמה האלטן מיט עמון, האט ער געמאכט א נדר אז אויב דער אייבערשטער וועט אים העלפן און ער וועט געוואונען די מלחמה, ווען ער וועט אהיים קומען בשלום, וועט ער ברענגען פאר א קרבן די ערשטע זאך וואס וועט אים ארויסקומען פון זיין שטוב און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט געוואונען די מלחמה און זיין טאכטער איז אים ארויסגעקומען מיט א פויק און זי האט געזינגען און געפויקט פאר איר טאטע'ן, האט איר יפתח הגלעדי געזאגט: "פריי דיך נישט, ווייל איך גיי דיר מקריב זיין פאר א קרבן", אפילו ער האט אינזין געהאט בשעת ער האט געמאכט די נדר צו ברענגען פאר א קרבן א חי' אדער בהמה, אבער וויבאלד ער האט נישט ארויסגעזאגט וואס ער מיינט האט ער געמוזט מקיים זיין די נדר.


פרעגן די הייליגע חכמים (שם): "ער וואלט דאך געקענט גיין צו פנחס הכהן וואס ער איז געווען א דיין און צעשטערן די נדר, אזוי ווי די הלכה איז אז אפילו א מענטש מאכט א נדר, אבער אויב גייט ער צו א דיין און ער זאגט פארן דיין אז ער האט אינזין געהאט אזוי און אזוי, קען דער דיין צעשטערן די נדר; איז פארוואס איז יפתח הגלעדי נישט געגאנגען צו פנחס ער זאל אים מתיר נדר זיין? אדער זאל פנחס הכהן קומען צו אים און אים העלפן ער זאל נישט דארפן הרג'ענען זיין טאכטער?" נאר יפתח האט געזאגט: "איך בין דער גענעראל פון די אידן, איך קען נישט גיין צו אים, זאל ער קומען צו מיר", און פנחס האט געזאגט: "איך בין א כהן א זון פון א כהן, איך גיי נישט צו אן עם הארץ, אז ער וויל איך זאל אים ראטעווען זיין טאכטער זאל ער קומען צו מיר, זאגן חז"ל א מורא'דיגע לשון: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא", פון צווישן זיי צוויי איז פארלוירן געווארן דאס מיידל.


ווען מען לערנט די מעשה ווערט מען זייער צוקאכט און ברוגז: 'היתכן מען זאל הרג'ענען אן אומשולדיג קינד, א מיידל וואס האט גארנישט געטון, בשעת מען וואלט איר דאך געקענט ראטעווען?!' אבער קיינער כאפט נישט אז די זעלבע מעשה שפילט זיך אפ טאג טעגליך צווישן מענטשן, בפרט צווישן מאן און ווייב.


עס קען אסאך מאל אויסקומען אז עס זאל זיך מאכן מיספארשטענדענישן צווישן מאן און ווייב און דעמאלט ליידן די קינדער זייער שטארק. עס איז ממש אזוי ווי מען נעמט די קינדער און מען שעכט זיי; ווייל אז מען רעדט נישט איינער צום צווייטן, מען בלאזט איינער אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך אז מען שרייט איינער אויפן צווייטן און מען טשעפעט זיך איינער דעם צווייטן - ליידן די קינדער, זיי לעבן מיט שרעק וכו'. און אז מען פרעגט דעם מאן: "פארוואס בעטסטו נישט איבער דיין ווייב, קענסט דאך ראטעווען דיין קינד?" וועט ער זאגן: "זי זאל מיר איבערבעטן, ווייל זי איז שולדיג", אז מען פרעגט די ווייב: "פארוואס מאכסטו נישט שלום? פארגעס וואס עס איז געווען, אבי דיין קינד זאל נישט ווערן גע'הרג'עט?" וועט זי ענטפערן: "ער האט אנגעפאנגען און ער דארף מיר איבערבעטן", און נאכדעם פאסירט וואס עס האט פאסירט ביי יפתח'ס טאכטער, ווער איז שולדיג? ביידע: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא".


דערפאר האב שכל און זיי דו דער וואס געבט נאך, הייב דו אן רעדן שיין און בעט איבער; אמת, עס איז זייער שווער יענעם איבער צו בעטן, בפרט ווען מען האלט אז מען איז גערעכט. אבער עס איז אסאך אסאך שווערער ווען מען בלאזט און מען רעדט נישט און מען ווארט אז יענער זאל זיך ברעכן.


וואס איז געווען די סוף פון די מעשה? ביידע האבן באקומען אן עונש; פנחס האט פארלוירן זיין רוח הקודש און יפתח איז געשטארבן מיט א מיתה משונה, זיינע איברים האבן אנגעפאנגען צו שטארבן ביסלעכווייז פאר ער איז געשטארבן און וואו ער איז געגאנגען איז אים אראפגעפאלן שטיקלעך רחמנא לצלן (מדרש תנחומא, שם).


איך האב אביסל מאריך געווען, ווייל עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן ווי דו האסט מיר פארציילט אז דו קריגסט זיך מיט דיין ווייב און דו פירסט זיך ווי א קליין קינד, בשעת איר מאכט שוין חתונה קינדער. דו קריגסט זיך פאר נארישקייטן און פארשטייט זיך אז דו ביסט גערעכט, ווען דו וואלסט ווען געקענט איינשפארן אלע קריגערייען.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער חבר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען נעמט זיינע דיבורים און עצות בתמימות ופשיטות, איז מען זוכה צו לעבן אן אנדערע סארט לעבן. מען לעבט אויף די וועלט אין גן עדן ממש; מען זוכט נישט צו זיין גערעכט, מען זוכט נישט אויסצופירן, מען זוכט ווי מער נאכצוגעבן, מען זוכט ווי מער יענעם צו פארגינען.


שרייב מיר צי דו האסט באקומען דעם בריוו.

#188 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל נאר היילן נאטורליך?
שלום בית, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט אדער נישט.


מיין ווייב און אויך איר מאמע האלטן זייער פון גיין נאטורליך מיט יעדע זאך, זיי טענה'ן אז די דאקטורים קוקן נאר אויף געלט, און מ'קען יעדע זאך היילן נאטורליך. אמאל האב איך נאך מסכים געווען דערצו, אבער ס'איז געקומען צו א שטאפל וואס איך האלט עס שוין מער נישט אויס, למשל ווען מ'האט שטארקע יסורים טאר מען נישט נעמען טיילענאל אדער אנדערע זאכן וואס בארואיגן. איך האב אינדערהיים א גאנצע שאפע מיט נאטירליכע ווייטעמינען, און מען עסט מער ווייטעמינען ווי עסן.


מיין שוויגער האלט אויס די גאנצע ווייטעמין געשעפט... און מיין ווייב מאכט עס שוין כמעט נאך. איך פיל ווי איך ווער משוגע. א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן.


שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זיך זייער היטן פון די אלע וואס רעדן קעגן גיין צו דאקטורים; אמת טאקע אז דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל זייער אכטונג געבן פון גיין צו דאקטורים (שיחות הר"ן, סימן נ) אבער פון די אנדערע זייט האט דער רבי געזאגט: "אז מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צו גאר א גרויסן דאקטער"; דאס הייסט, מען זאל נישט גיין צו א דאקטער וואס לערענט זיך יעצט וכו', נאר צו א דאקטער וואס האט שוין לאנגע יארן עקספירענס.


מען דארף זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס זאגן מען זאל נישט גיין צו קיין דאקטורים. מיר קענען נישט זיין קלוגער פון די תורה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס.): אויפן פסוק (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" – מִכַּאן שֶׁנִתְּנָה הַתּוֹרָה רְשׁוּת לְרוֹפֵא לְרַפְּאוֹת; נאך זאגן חז"ל (סנהדרין יז:): "עִיר שֶׁאֵין בּוֹ רוֹפֵא, אֵין תַּלְמוּד חָכָם רַשַׁאי לָדוּר בְּתוֹכָהּ", מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס איז נישט דא קיין דאקטער.


דער רבי האט קלאר געזאגט אז מען איז מחויב צו געבן שאטס פאר די קינדער; דער רבי האט געזאגט: "ווער עס געבט נישט קיין פאקין פאר די קליינע קינדער ביי א פערטל יאר, איז א רוצח", נאך האט דער רבי געזאגט: "מען מעג גיין אפילו אינמיטן ווינטער אין די גרויסע שנייען און קעלט צו א דאקטער צו מאכן פאקין (שאטס) פאר די קינדער", דאס זענען די שאטס וואס מען געבט היינטיגע צייטן פאר קינדער קעגן אלע ערליי מחלות, אויף מיזעלס, פאליאו וכו'; ווער עס געבט נישט פאר די קינדער וואקסינען קעגן אלע סארט מחלות - איז א רוצח. קוק אריין דעם לשון פון רבי'ן (ספר אבניה ברזל, סימן לד): "צְרִיכִין לְהַעֲמִיד לְכָל יֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה, וְאִם לֹא - הוּא כְּמוֹ שׁוֹפֵךְ דָמִים, וַאֲפִילוּ אִם דָרִים הַרְחֵק מִן הָעִיר מְחוּיָבִים לִיסַע עֲבוּר זֶה וַאֲפִילוּ בִּזְמַן שֶׁהַקוֹר גָדוֹל, וּלְהַעֲמִיד לְיֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה".


דאס האט דער רבי געזאגט נאך פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די מעדעצינישע וועלט איז נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, איז דאך זיכער אז אין די היינטיגע טעג דארף מען זייער אכטונג געבן צו געבן שאטס פאר די קינדער. מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות און נישט זיין קיין אויבער חכם.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז אין אומאן האט געוואוינט א גרויסער ערליכער איד אן אייניקל פון רבי'ן, ער איז געווען א משפיע און פלעגט פארלערנען וכו', זיין גאנץ לעבן פלעגט ער רעדן קעגן גיין צו דאקטורים און ווען ער איז עלטער געווארן איז נישט געווען קיין איין דאקטער וואו ער זאל נישט האבן געווען; זעט מען אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון זאגן פאר א צווייטן נישט צו גיין צום דאקטער. און אודאי אז מען גייט צום דאקטער דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט זיין קיין דאקטער וואס האלט זיך אינמיטן לערנען נאר א דאקטער מיט אסאך ערפארונג.


ווען מען גייט צום דאקטער דארף מען פאר דעם בעטן דעם אייבערשטן און געבן צדקה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): נאכדעם וואס מען געבט א פדיון פאר א צדיק קען מען גיין צום דאקטער, עיין שם.


מוהרא"ש זאגט אז פאר מען גייט צום דאקטער זאל מען לערנען די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג), געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שיקן א גוטער דאקטער און מען זאל האבן א רפואה שלימה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב, וועט זי אפלאזן די אלע צודרייטע שיטות וואס פארדרייען דעם קאפ.

#187 - מיין ווייב רעדט זיך אפ אסאך, וואס זאג איך איר?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל: ב"ה די האט-ליין איז מורא'דיג, די שיעורים זענען געוואלדיג!


יעצט צום ענין: איך האלט אז איך האב גוט מחנך געווען מיינע קינדער, און איך בין זיי ווייטער גוט מחנך, אבער מיין ווייב האלט אין איין קרעכצן: "געדענקסט דעמאלטס האבן מיר נאכגעגעבן פאר די קינד... און וועגען דעם איז ער יעצט אזוי אוון אזוי... געדענקסט אונז האבן נישט געגעבן ליבשאפט פאר די קינד און וועגען דעם איז ער אזוי..."


וויפיל איך פראביר איר צו דערמאנען אז אונזער שטוב איז ב"ה פול מיט ליבשאפט, און אז זי פארגעסט די גוטע זאכן, ווי למשל: ווען מען האט יא געשריגן אויף א קינד, געזאגט ניין פאר א קינד, און פון די אנדערע זייט געגעבן גוטע ווערטער און מחזק געווען, און מיר האבן ב"ה קיינמאל קיינמאל נישט געזאגט קיין נעגאטיווע זאך פאר א קינד, ווערט זי אבער נישט בארואיגט דערפון, און זי רעדט זיך ווייטער אפ.


איך מיין אז איר פראבלעם שאפט זיך פון דעם אז ב"ה אונזער שטוב איז אזוי קריסטאל, און זי ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין אנדערע שטובער ווי די עלטערן האבן בכלל נישט קיין השגה ווי אזוי צו זיין א ביישפיל פאר די קינדער, ווי אזוי צו זיין סיי שטרענג און סיי ווארעם, און די קינדער וואקסן אויף פצועים בגוף ובנפש.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט איר? און וואס זאל איך איר זאגן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א שיינע שטוב אזוי ווי דו דרוקסט זיך אויס אין דיין בריוו: "אונזער שטוב איז ווי קריסטאל", וואס דארפסטו זיך זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן? דאנק דעם אייבערשטן אגאנצן טאג פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין שטוב וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א) אז דער יצר הרע איז זיך מתלבש אין מצוות און אזוי פארנארט ער דעם מענטש אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן; ווייל ווען דער יצר הרע זעט אז ער קען נישט בייקומען א מענטש, רעדט ער אים איין מיט זיינע פרומקייטן אז ער זאל מאכן א מחלוקת וכו'. דער מענטש ווייסט נישט אז דער יצר הרע רעדט אים דאס איין און ער הייבט זיך אן צו קריגן מיט די ווייב, ער מיינט אז דאס איז לשם שמים און אזוי כאפט אים דער יצר הרע אריין אין זיין נעץ. אבער א מענטש מיט אביסל שכל ווייסט און געדענקט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי זיך צו קריגן - אפילו לשם שמים, ווייל מחלוקת איז פון די סטרא אחרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו):"בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן".


וויסן זאלסטו, ווען דיין ווייב קאמפלעינט אז די קינדער פירן זיך נישט אויף גוט וכו' מיינט זי נישט זיך צו טענה'ען מיט דיר וכו', נאר זי וויל אז דו זאלסט איר אויסהערן און מחזק זיין אז עס איז יא גוט. עס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן אין לעבן, ווען די ווייב רעדט זיך אפ וכו' מיינט מען אז מען האט א ווייב א קאמפלעינער. מען מיינט אז מען איז אריין געפאלן מיט א פרוי וואס זוכט זיך שטענדיג אפצורעדן, אבער עס איז נישט אזוי. ווען א פרוי רעדט זיך אפ איז נישט פשט אז זי וויל זיך אפרעדן, זי וויל קאמפלעינען וכו', נאר זי וויל הערן אז עס איז יא גוט, זי וויל הערן פאזעטיווע ווערטער. אנשטאט זי זאל בעטן איר מאן: "געב מיר חיזוק", "זאג מיר אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן"; זאגט זי עס אויף א וועג וואס הערט זיך ווי טענות: "וואס וועט זיין?" "עס איז נישט דא קיין געלט", "די קינדער טויגן נישט"; אבער באמת איז דאס נאר ווייל זי וויל הערן שיינע פאזעטיווע ווערטער, זי וויל הערן ווי דו זאגסט: "עס איז נישט עק וועלט"; זי וויל הערן "עס איז נישט אזוי געפערליך", "באלד וועט זיין געלט", "די קינדער זענען זייער טייער".


געדענק אז א פרוי איז א גאנצן טאג אין שטוב מיט די קינדער, זי גייט נישט ארויס דריי מאל א טאג אין שול, מה שאין כן דער מאן טרעפט זיך מיט חברים, מען הערט דא א גוט ווארט, דארט א גוט ווארט. ווי אויך גייט זי נישט אין שול שבת הערן גוטע דיבורים און התחזקות וכו', זי האט נאר איין פלאץ ווי זי קען הערן התחזקות - פון איר מאן. אויב דער מאן האט שכל, ער איז מחזק זיין ווייב און ער בויט איר אויף, דעמאלט דארף די פרוי גארנישט, זי וועט נישט קאמפלעינען און זי וועט זיך נישט אפרעדן אזוי פיל.


קוק וואס ר' נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסד) ווי דער רבי האט אונז געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף זיי, ווייל פרויען גיין אריבער זייער פיל צער פון אויפהאדעווען די קינדער וכו'.


צו האבן שלום בית דארף מען נישט מער ווי א ברעקעלע שכל; מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן וכו'. די וועלט זאגט אז שכל קען מען נישט באקומען, אבער עס איז נישט אזוי, נאר מען קען יא באקומען שכל. ווען א מענטש גיסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין צו באקומען שכל, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ נֹכַח פְּנֵי ה'" - איז שכל; ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וועט ער זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דערפאר, אז דו ווילסט ווייטער ממשיך זיין אז "דיין שטוב זאל בלייבן קריסטאל" זאלסטו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און טון וואס ער האט אונז געהייסן; זאלסט זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. פון איין זייט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און פון דער אנדערע זייט זאלסטו אים בעטן ברחמים ובתחנונים אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב, דו זאלסט וויסן אז מען דארף זיין א וותרן, מען דארף נישט אלץ זיין גערעכט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן.

#186 - מיין ווייב גייט אנגעטון צו שטארק פרום
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך דאנקען דעם באשעפער וואס האט מיר געוויזן דעם אמת'ן וועג און אנגעקומען צו די ריכטיגע געטרייע שלוחים פונעם אייבערשטן, און איך וויל אייך פערזענליך באדאנקען פאר אלע אינהאלטסרייכע שיעורים וואס איז פול מיט תוכן חיזוק והדרכה, וואס געבט אסאך טעם און חיות וסיפוק בעבודת ה'.


יעצט צום נקודת השאלה, איך האב חתונה געהאט שוין מער פון א יאר ב"ה (איך האב שוין א קינד ב"ה) אלעס מער ווייניגער איז אין ארדענונג, פארשטייט זיך אסאך איז צו פארדאנקען אלע אייערע טעגליכע חיזוק און עצות. אבער עס איז דא איין זאך וואס שטערט מיך געפערליך דאס איז אז זי גייט אנגעטון אסאך פרומער ווי איך וואלט בעצם געוואלט זי זאל גיין.


איך וועל אייך זאגן דעם אמת אז אנפאנג איז עס געווען ממש באו מים עד נפש, איך האב געשפירט איך קען נישט אנגיין אזוי, איך פיל נישט קיין טעם און סיפוק מיט גארנישט, דערנאך נאך אסאך מתפלל זיין און התבודדות און אזוי אויך נאכ'ן אריבערגיין א תקופה, האט זיך עס נאר אביסל בארואיגט. איך פיל אז ס'איז נישט בסדר, איך וויל טון די ריכטיגע שריט ווייל דאס פארשטערקערט מיינע נסיונות אויף גאר א גרויסע פארנעם און איך זוך א עצה פאר דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אויבערשטער זאל אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר זיינע קינדער.


שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים האב רחמנות אויף דיר; פארלאנג נישט פון דיין ווייב זי זאל זיך אנטון מער פראסט, מער קורץ, שמאל און אויסגעשניטן וכו'. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע פרוי וואס גייט אנגעטון בצניעות, וויפיל אינגעלייט רייסן זיך די האר פון קאפ אז זייער ווייב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וכו'. זיי האבן אנגעטראפן שלעכטע חבר'טעס וכו' און זיי שרייבן זיך מיט אלע רוחות רעות וואס דאס ברענגט ליידער זייער ביטערע נאכפאלגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ז.): "הַרְבֵּה יַלְדוּת עוֹשָׂה, הַרְבֵּה שְׁכֵנִים הָרָעִים עוֹשִׂים"; צוביסלעך האבן זיי זיך אנגעהויבן לאזן וואקסן זייער האר און עס צוגעדעקט בלויז למחצה לשליש ולרביע וכו'.


וויסן זאלסטו, דאס לעבן פון א מענטש איז אזוי קורץ און שנעל, מען געבט זיך איין דריי און מען איז אן אלטער איד, מען געבט זיך איין דריי און מען האט א שטוב מיט גרויסע קינדער. דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו ערליכע קינדער און איר וועט שעפן נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט) "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט בצניעות וועט האבן גוטע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית, עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה, אלע זענען געווען כהנים גדולים. אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּך? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואסערע גוטע זאך האט איר געטון אז איר האסט זוכה געווען אז אלע אייערע קינדער זענען ערליכע אידן און כהנים וואס טוהן די עבודה אין בית המקדש? אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי, האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר"; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נאכדעם נחת פון די קינדער.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט משוגע מאכן דיין ווייב זי זאל זיך אנטון מער פראסט וכו' – פארקערט, זאלסט איר געבן חיזוק זי זאל גיין אנגעטון מער בצניעות, נישט אראפרייסן איר צניעות חס ושלום און איר זאגן "טו זיך אן מער פראסט, מער אויפרייסעריש וכו'"; וויי פאר די אינגעלייט וואס ברענען זיך אפ מיט די אייגענע הענט זייער עתיד דורכדעם וואס מען מוטשעט די פרוי זי זאל זיך אנטון מער פראסט. וואס מיינסטו, אז דו וועסט מוטשען דיין ווייב זאל זיך אנטון מער פראסט און זי וועט דיר נאכגעבן, זי וועט זיך טוישן וכו' וועסטו שוין זיין צופרידן? איך זאג דיר אז דו וועסט נאך אלץ נישט זיין צופרידן, דו וועסט ווייטער מיינען אז א צווייטער האט עפעס בעסער פון דיר וכו'.


דעם ראש השנה אין אומאן איז צו מיר צוגעקומען א איד מיט א געוויין און מיר געבעטן: "ראש ישיבה געב מיר א ברכה, וואונטש מיר אן אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון צניעות'דיג, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה", ער זאגט מיר: "איך האלט עס נישט אויס, איך וויל א ערליכע לעבן". הערנדיג דאס האב איך געטראכט צו מיר: 'דער אינגערמאן האט א שרעקליכע צרה; דאס איז באמת א צרה, דער איז א פארלוירענער, ווייל אז די ווייב גייט נישט אנגעטון בצניעות איז אויס שטוב, אויס מאמע, אויס ווייב, עס ווערט אויס וועלט'.


יעצט ליינענדיג דיין בריוו טראכט איך צו מיר: 'נארישע קליינקעפלדיגע אינגעלייט, זיי וואלטן זיך אזוי געדארפט פרייען אז זיי האבן א ערליכע ווייב, א ערליכע שטוב, א מאמע פאר זייערע קינדער, א מאמע וואס איר גאנצע מח איז נאר אירע קינדער, זי טראכט ווי אזוי זי קען זיי מחנך זיין די קינדער מיט יראת שמים. א מאמע וואס גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, א מאמע וואס ליינט קריאת שמע מיט די קינדער, אנשטאט דעם זוכן זיי ווי זיי קענען מער אויפרייסן די ווייב וכו', מער אריין ברענגען די ווייב אין די גוי'אישע וועלט'.


פאלג דעם רבי'ן און מאך דיר א שיעור אין משניות; זע צו זאגן יעדן טאג פרקים משניות, ווייל "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" - ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער און עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', אבער אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


נאכאמאל, מוטשע איר נישט זי זאל זיך אנטון מער פראסט וכו'; פארקערט, זיי איר מחזק זי זאל בלייבן מיט איר איידעלע באשיידענע וועג ווי אזוי זי גייט.


איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

#185 - דארף מען געבן נידלעך פאר די קינדער? און אויב די ווייב וויל נישט?
שלום בית, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואו דער רבי שרייבט וועגן געבן נידלעך [shots] פאר די קינדער. איך ווייס אז מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם.


און אויב די ווייב וויל נישט געבן נידלעך [shots], וואס טוט מען? איז עס עפעס וואס מ'דארף זיך שטעלן אויף דעם?


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שאלות ותשובות וואס העלפן מיר ארויס גאר אסאך.


דוב בער

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוב בער נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט אז אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער, גייט אראפ דער גראד ביז אונטער 0, עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער 0) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מיר ווייסן אז דער רבי האט זייער געווארנט מען זאל אכטונג געבן פון דאקטורים וכו' (עיין שיחות הר"ן, סימן נ); מיט דעם אלעם האט ער געהייסן אז מען מוז געבן פאר יעדעס קינד שאטס. דאס האט דער רבי נאך געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק ווען די מעדעצינען זענען נאך נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, דערפאר טאר מען נישט זיין קיין אויבער חכם נאר מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן און געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות און שלעכטע קרענק.


ליידער זענען דא מענטשן וואס ווערן פארפירט פון נארישע מענטשן וואס האלטן דרשות וכו' און מען דערשרעקט עלטערן אז מען זאל נישט גיין צו דאקטורים וכו', מען שרעקט אן מענטשן אז מען זאל נישט געבן קיין שאטס פאר די קינדער וכו'.


דער רבי זאגט ביי די מעשה פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז געווען א כתה וואס זיי האבן געהאלטן אז דער עיקר איז דער דיבור וכו', זיי האבן געטראפן א משוגע'נעם פראנצויז וואס ער האט גערעדט צו זיך אליין, האבן זיי אים אויפגענומען פאר זייער קעניג, ווייל ער איז דאך ביים תכלית אז ער האלט שוין ביי דעם אז ער רעדט שטענדיג צו זיך אליין", מוהרא"ש זאגט (בספר נהרי אפרסמון, שם) אז דא איז דער רבי מגלה דער וועג ווי אזוי אלע שקרנים פארכאפן מענטשן אין זייער שקר, דער וועג איז דורך זייער כח הדיבור; זיי פארדרייען דעם מח פון מענטשן מיט זייער וועג פון רעדן, און עס איז א גרויס רחמנות אויף די מענטשן וואס גייען נאך די מדברים. דער רבי פירט דארט אויס דעם לשון: "און ער האט זיי בודאי געפירט בדרך הישר", דער רבי דרוקט דא דוקא דעם לשון, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נאך איינעם וואס זוכט איינצורעדן מענטשן דורך זיינע דרשות.


מוהרא"ש זאגט: "דער כלל זאלסטו שטענדיג האלטן פאר דיינע אויגן 'אויב א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטן, איז אלעס איין גרויסער שקר; ווען מען הערט א דרשה, אדער מען גייט צו איינעם פאר שלום בית, חינוך הילדים וכו', און יענער רעדט וכו' און ער ברענגט נישט אריין אין דיר דעם אייבערשטן, אנטלויף פון אזא איינעם ווייל ער וועט דיר אומגליקליך מאכן".


דאס וואס דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דיין ווייב זאל אפלאזן די אלע מדברים וואס דרייען א קאפ וכו'; עס איז נישט כדאי צו מאכן א מחלוקת וועגן דעם. איך מיין אז דו זאלסט איר ווייזן דעם בריוו, זי זאל זען וואס דער רבי זאגט וכו', וועט זי שוין אליינס אפלאזן די אלע וואס האקן אין קאפ וכו'.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית; איר זאלט זיך שטענדיג גוט פארטראגן וכו' און האבן געזונטע קינדער. עס איז נישט כדאי צו גיין מיט כח, ווייל נאכדעם קען מען אלעס פארלירן.


וויסן זאלסטו אז דער יצר הרע זוכט נאר צו מאכן א פירוד צווישן מאן און ווייב; ביי יעדן איינעם פארשטעלט ער זיך מיט אן אנדערע פנים. ביי איינעם קומט ער מיט א פרומע'ן פנים, ער רעדט איין דעם מאן אז ער זאל זיך צוקריגן מיט זיין ווייב ווייל זי טוט נישט וכו', נאכדעם גייט ער צו די פרוי און זאגט איר אז איר מאן טוט נישט דאס און דאס, ביז ער מאכט א מחלוקת צווישן זיי. אן ערליכער איד דארף האלטן איין זאך שטענדיג פאר זיינע אויגן: "איך גיי מיך נישט קריגן מיט מיין ווייב - זאל זיין וואס זאל זיין", און דאס זעלבע דארף א פרוי האלטן פאר אירע אויגן: "איך גיי אלעס טון צו לעבן בשלום מיט מיין מאן"; אויב מען לעבט אזוי, דאן קומט מען זיך דורך מיט יעדע פרט אין לעבן.


ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות (עיין שיחות הר"ן סימן רסג; רסד); איך געדענק מעשיות פון אינגעלייט וואס זענען זיך געקומען אפרעדן צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אז זייער ווייב וויל זיך נישט אפשערן די האר וכו' און מוהרא"ש האט זיי געזאגט אז זיי זאלן דאס נישט פארלאנגען בכח וכו', נאר רעדן שיין פון די גרויסקייט פון א פרוי וואס געבט אכטונג אויף דעם. מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל ווייזן דא וואס שטייט אין זוהר (פרשת נשא, דף קכה) די שרעקליכע זאכן וואס פאסירט אין א שטוב וואו מען זעט ארויס די האר פון די פרוי; אז דאס ברענגט ארעמקייט אין שטוב, דאס איז גורם אז די קינדער זאלן נישט זיין ערליך וכו' עיין שם. מוהרא"ש האט געווארנט די אינגעלייט אז זיי זאלן נישט גיין מיט כח אפילו ביי אזעלכע הארבע ענינים וכו'.


איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט טון דאס זעלבע וואס די מדברים טוהן; זייער גאנצער כח איז רעדן און רעדן און רעדן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; דאס קען מען זען ביי די פרויען וואס מאכן "האט-ליינס" און רעדן און רעדן און רעדן קעגן שאטס וכו'; זיי האבן נישט וואס צו זאגן, נאר זאגן איבער דאס זעלבע נאכאמאל און נאכאמאל, אז דער איז קראנק געווארן פון שאטס און דער איז האלב קראנק פון שאטס, אזוי דערשרעקן זיי אלעמען. דו טו דאס זעלביגע, רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר מחזק, שמועס מיט איר פון אלע סארט זאכן וואס אינטערעסירן איר, וועט זי אטעמאטיש אפלאזן די אלע מדברים.


ועל כולם זאלסטו וויסן אז וואס מען וויל פועל'ן, וואס מען וויל האבן - קען באקומען דורך תפילה. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס תפילה איז, וואלט מען אלעס אפגעלאזט און נאר געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן, ווייל וואס תפילה פועל'ט קען קיין שום זאך נישט פועל'ן. אודאי דארף מען האבן אסאך געדולד, עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער ווער עס האט סבלנות און ווארט אויס אויף זיין ישועה, ער גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן, דער וועט ביים סוף זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען און ער וועט געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - מיין ווייב איז דעפרעסט צוליב מיינע קינדער וואס פירן זיך נישט ערליך
שלום בית, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב עטליכע בחורים וואס גליטשן ליידער אוועק, איך פרוביר זיך אן עצה צו געבן און זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך דערהאלטן, אבער יעצט קומט די שווערסטע פראבלעם אז מיין ווייב איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פון דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, עס איז נישט דא קיין מענטש בזה העולם וואס מוטשעט זיך נישט. אונזער ארבעט איז, מיר זאלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות זיך צו שטארקן, זיך פרייליך צו מאכן.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב; אז מען האט א שטוב מיט קינדער, דארף מען פרובירן מיט אלע כוחות אנצוגיין, אז די אנדערע קינדער זאלן דיר חס ושלום נישט אוועקפאלן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן סה): "כְּשֶׁאָדָם מְסַפֵּר לַחֲבֵרוֹ צַעֲרוֹ, צָרִיךְ הַשּׁוֹמֵעַ לְהַחְכִּים בִּשְׁעַת הַשְּׁמִיעָה, שֶׁלֹּא יָבוֹא עָלָיו הַצַּעַר הַזֶּה", ווען מען הערט ווי איינער דערציילט א צרה דארף מען זיין קלוג, און טראכטן: 'וואס קען איך טון אז דער צרה זאל נישט קומען אויף מיר'; דאס גייט אויך ארויף ביים מענטש אליין. ווען א מענטש זעט אז עס האט אים פאסירט א צרה, דארף ער טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל'. ווען עלטערן זעען אז א קינד איז אוועק געפאלן פון אידישן וועג לא עלינו, דארפן זיי אכטונג געבן אז די אנדערע קינדער זאלן נישט מיט פאלן.


דערפאר זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, זי זאל ווייטער זיין א פרייליכע מאמע, און אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי דיר מחזק זיין; דער עיקר זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, איר זאלט נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, איר זאלט ווייטער פרובירן מיט אלע אייערע כוחות מחנך צו זיין אייערע קינדער בשמחה ובטוב לב.


שלמה המלך זאגט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ, וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ, כִּי אֵינְךָ יוֹדֵע אֵי זֶה יִכְשָׁר - הֲזֶה אוֹ זֶה, וְאִם שְׁנֵיהֶם כְּאֶחָד טוֹבִים"; מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט ווי די ארבעט פון יארן איז אוועק געפאלן. קוק אן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ווי ער האט זיך דערהאלטן; ער האט געהאט פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים, ער האט זיך מיט זיי געמוטשעט, ווער עס האט תלמידים ווייסט ווי שווער עס איז צו ארבעטן מיט תלמידים, מען דארף האבן כוחות עצומים, מען דארף האבן אייזערנע נערווען מען זאל נישט ווערן בכעס וכו', און אלע זיינע תלמידים זענען אויסגעשטארבן. וואס האט דער הייליגער תנא רבי עקיבא געטון? ער האט אנגעהויבן פון פריש, ער האט געעפענט נאכאמאל זיין ישיבה און ער האט אויפגעשטעלט פינף תלמידים וואס האבן ליכטיג געמאכט דער וועלט.


וואס האבן אונזערע זיידעס און באבעס געטון ווען דער ימח שמו'ניק האט אויסגע'הרג'ט זעקס מיליאן אידן, גאנצעטע משפחות זענען פארברענט געווארן, און עס איז בלויז איבער געבליבן (ירמיהו ג, יד): "אֶחָד מֵעִיר, וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה"? זיי האבן אויפגעשטעלט פון פריש א נייעם דור. מיינע זיידעס און באבעס, אלע האבן זיי געהאט איינגעקריצט נומערן אויף זייער האנט, זיי זענען אלע געווען אין אוישוויץ, זיי פלעגן דערציילן ווי זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, אבער זיי האבן זיך געשטארקט און אנגעהויבן פון דאסניי, די זענען די גרעסטע העלדן זייט דער וועלט שטייט. דאס זעלבע איז ווען א מענטש זעט ווי זיינע קינדער פאלן אים אוועק איינס נאכן צווייטן, טאר מען נישט אויפגעבן, מען דארף נאכמאכן רבי עקיבא, אנהייבן פון דאסניי.


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין און ווייטער דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב, דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער, עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#183 - איך וויל ברסלב, און מיין ווייב איז נישט מסכים
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך שטארק מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס ספרים. איך האב געוואלט פרעגן אזא שאלה: מיין ווייב איז זייער קעגן ברסלב, זי האלט נישט אויס ווען איך רעד פונעם הייליגן רבי'ן, אבער איך פיל אז איך קען נישט אנגיין אן דעם, און איך וויל אריינלייגן אזא חינוך אין מיינע קינדער, וואס דארף איך טון?


א גרויסן יישר כח.


משה יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה יחזקאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז טאקע אזוי ווי דו שרייבסט, אז דו ביסט זיך מחיה מיט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; וויל איך דיר פרעגן, צי דו ביסט אויך מקיים וואס דער רבי האט געזאגט. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, און צער לידה וכו'.


אז דו האסט הנאה פון רבינ'ס ספרים ווייסטו מן הסתם זיכער די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן מיט איינע פון די תלמידים וואס האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב; אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות", און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש, אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


וואס דארפסטו רעדן צו איר פון רבי'ן, פארוואס דארפסטו זיך קריגן מיט איר? דו לערן דעם רבינ'ס ספרים פאר דיר, זיי זיך מחזק מיטן רבינ'ס עצות, און זיי מקיים וואס דער רבי זאגט. נעם די חיזוק מיט די שכל פון רבי'ן און ניץ דאס סיי פאר דיין ווייב, און סיי פאר דיינע קינדער.


וואס איז "ברסלב" אז דיין ווייב וויל דאס נישט? ליידער האבן זיך אנגעקלעבט צום רבי'ן מענטשן וואס פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן מורא האבן פון 'ברסלב'. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע):  "עס זענען דא מענטשן, וואס דורך זייערע מעשים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום צדיק"; בפרט דאס משוגעת פון נ' נח' - דאס איז ליידער גורם אז מענטשן זאלן אנטלויפן פון ברסלב. ווען מען זאל ווען אריין קוקן פון דער נאנט  וואס ברסלב איז, וואלט יעדער נארמאלער מענטש געוואלט אז זיינע קינדער זאלן לערנען די ספרים, יעדע פרוי וואלט געוואלט אז איר מאן זאל פאלגן דעם ברסלב'ער רבי, אפשר פירסטו זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, מיינט זי אז דו ביסט ברסלב, ממילא וויל זי נישט אז דו זאלסט האבן שייכות מיט זיי.


פאלג מיר, מאך נישט קיין מחלוקת, זוך נישט וואו דו קענסט איר אויפרעגן; דו לערן ווייטער דעם רבינ'ס ספרים און פאלג דעם רבי'ן. זע צו האבן שיעורים בכל התורה כולה; לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, הייב אן פון אנהייב וואך, יעדן טאג זאלסטו זאגן צוויי מאל די חומש און איין מאל דעם תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך וועסטו ענדיגן די גאנצע פרשה.


עס איז ידוע דעם סיפור ביי סאטמארער חסידים, אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער - דער 'עצי חיים' און דער בעל 'דברי יואל' זכותם יגן עלינו, ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, צו גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי געבענטשט און געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י); איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס זיי האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אזוי אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אסאך משניות; א פרק משניות נעמט נישט מער ווי צוויי דריי מינוט, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לּוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפענט זיך אויף, במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין. איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און אינגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וכו', וועסטו זען אז דיין ווייב וועט דיר נאך טרייבן צום רבי'ן, דיין ווייב וועט דיר זאגן: 'איך וויל דו זאלסט גיין דאווענען מיט ברסלב'ער אידן, איך וויל דו זאלסט גיין צו שיעורים וואס מען לערנט פאר פון רבי'ן', נאר איין זאך בעט איך דיר: "קריג דיך נישט מיט איר, זוך איר נישט צו מחנך זיין, זוך איר נישט צו מקרב זיין צום רבי'ן, געב איר וואס זי דארף וכו', וועט זיך אלעס איבער דרייען ביי דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - מיין מאן וויל קוקן מאוויס, וואס טו איך?
שלום בית, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן בעט מיר שוין א שטיק צייט אז ער וויל קוקן מיט מיר צוזאמען א מאווי פילם (אינדערהיים). א לאנגע צייט צוריק פלעגן מיר דא דארט קוקן מאוויס, איך בין אלץ געווען אומבאקוועם דערמיט אבער איך האב געטראכט אז מיר זענען נאך יונג און מיר האבן נאכנישט קיין שטוב מיט קינדער. אויך האב איך אביסל מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן קעגן מיין מאן. איך האב געטראכט אז בעסער זאל ער קוקן מיט מיר צוזאמען אינדערהיים ווי איידער ארויסגיין מיט פרעמדע אין א טיאטער... אויך האב איך געטראכט ער וועט דאס אויסוואקסן.


למעשה ביזדערווייל זענען מיר אריבער אסאך שווערע צייטן אין די שלום בית. מיר זענען אין טעראפי, און איך האב זיך אויסגעלערנט זיך צו האלטן צו מיינע זאכן און נישט מורא האבן פון אים. למעשה זענען מיר נאך בכלל נישט מסודר, אבער מיר פרובירן צו ארבעטן ווייטער.


יעצט די לעצטע וואך צייט בעט מיין מאן ער וויל זעהן מיט מיר א מאווי. איך בין שוין אביסל געשטיגן און אביסל שטערקער. איך פאר מיר אליין האב שוין אפגעמאכט מער נישט צו קוקן מאוויס. איך בין גרייט צו זיין מער אפגעהיטן. איך האב זיך פרובירט ארויסצודרייען מיט תירוצים. היינט אבער האט ער קלאר געזאגט וואס ער וויל, און מיר געווארנט איך זאל נישט זיין קיין אויבער חכם און אז דער אייבישטער האט פיינט פרומע פרויען און איך זאל טון וואס ער בעט און נישט ווארטן ער זאל טרעפן א צווייטן מיט וועם צו קוקן מאוויס.


איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך דא זיין פאר מיין מאן און טון וויאזוי ער וויל, אדער דארף איך זיך האלטן שטארק און אים אפזאגן אפילו אויב ער סטראשעט?


איך האף צו באקומען אן ענטפער ווי אומשנעלסטן, יישר כח.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה, און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; מען דארף וויסן און געדענקען אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די נסיונות זענען זייער גרויס, די פריצות אויפן גאס איז זייער גרויס, און מען קען זייער גרינג דורכפאלן אין הארבע עבירות. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און אייביג זיין גרייט פאר איר מאן; ווען דער מאן זעט אז זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים, זי איז אלעמאל מיט אים, וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


ליידער זענען דא פרויען וואס פרובירן איינצורעדן אנדערע פרויען אז א אויב מען וויל זיין מער חשוב, מער הייליג, זאל מען זיך אפשיידן פונעם מאן, מען זאל נישט זיין גרייט פארן מאן וכו'. אבער די הייליגע חכמים זאגן אונז פונקט פארקערט, חז"ל זאגן (סוטה כ): פרויען וואס שיידן זיך אפ פון זייערע מענער, די פרויען מאכן חרוב דער וועלט; ווייל אז דער מאן האט נישט זיין פרוי גרייט פאר אים, גייט ער נאכדעם זוכן עבירות רחמנא לצלן. א פרוי וואס איז קלוג געבט ליבשאפט פאר איר מאן, אזוי וועט איר מאן זיין ערליך, הייליג און קיינמאל נישט לויפן זוכן עבירות.


דאס וואס מען זעט היינט אז זייער אסאך אינגעלייט פאלן אראפ, זיי זוכן זיך גליקן אין דער פרעמד וכו'; זייער אסאך מאל קומט דאס ווייל זיי האבן נישט קיין ווייב וואס איז גרייט פאר זיי, די כלה טיטשער האט אויסגעלערנט פאלשע לימודים, פאלשע הדרכות, וואס דאס ברענגט נאכדעם א גרויסער חורבן. אנשטאט מחנך זיין די כלות זיי זאלן וויסן וואס הייסט אן ערליכע פרוי על פי חכמינו זכרונם לברכה, וואס זיי זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵין לְך כְּשֵׁרָה בַּנָּשִׁים אֶלָּא אִשָּׁה שֶּׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז א ערליכער פרוי? א פרוי וואס איז גרייט פארן מאן וכו', וואס דאס וואלט געמאכט אז די אינגעלייט זאלן זיין צופרידן אין שטוב און נישט זוכן צו קוקן עקעלדיגע מאוויס, איז מען זיי מחנך מיט חומרות וואס האט נישט קיין שום מקור אין שלחן ערוך, דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן נאכדעם אראפפאלן אין נישט גוטע מעשים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר א מאן"; דארף א פרוי זען אויסצוניצן איר חכמה אויפצובויען איר שטוב. אין די וועלט איז אנגענומען אז דער מאן דארף זיין דער וואס געבט ליבשאפט פאר די פרוי, דערנאך געבט די פרוי צוריק ליבשאפט, אבער ווען א פרוי ניצט איר שכל, וועט זי נישט ווארטן אז דער מאן זאל איר געבן ליבשאפט און ערשט נאכדעם וועט זי צוריק ווייזן ליבשאפט, נאר פארקערט - זי וועט ערשט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.


בנוגע אריין ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער וכו' צו קוקן אויף דעם מאוויס; וויסן זאלסטו אז צענדליגער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו', עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואסערע כלי וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל דאס רייסט אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; אז מען קוקט שמוץ פארלירט מען דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין אייער מאן, ער זאל ארויס ווארפן פון שטוב דעם קאמפיוטער וכדומה לזה, ווייל מען קען זייער גרינג פארלירן דער וועלט און יענע וועלט, און איר זאלט האבן חכמה ווי אזוי צו משכנע זיין אייער מאן מיט ליבשאפט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:): א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן, זי וויל זיין מיט אים וכו', וועט זי זוכה זיין צו האבן אזעלכע וואוילע קינדער, וואס אפילו אין די צייטן פון משה רבינו איז נישט געווען אזעלכע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#181 - מיין טאטע שטייט איין ביי מיר, און מיין ווייב איז ברוגז
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע איז נפטר געווארען פאר דריי יאר צוריק, מיר זענען צוויי אין די משפחה, ביידע וואוינען אין אן אנדערע שטאט פון מיין טאטע, דעריבער שטעלט זיך אויס אז במשך די יאר איז מיין טאטע אליין.


אויף יום טוב סוכות קומט ער צו מיר יעדעס יאר, אבער יעצט שטעלט זיך אויס אז נאך סוכות בלייבט ער ביי מיר פאר צוויי חדשים, ער איז שוין ביי אונז פון פאר סוכות און בלייבט ביז די קומענדיגע וואך.


מיין טאטע איז נישט קיין לייכטער מענטש, אבער פון דעסוועגען דאך האט מיין ווייב מיר געזאגט פאר צוויי וואכן צוריק אז ברוך ה' מ'האט זיך גוט אן עצה געגעבן. יעצט איז שוין אבער נישט אזוי, און מיין ווייב איז מורא'דיג ברוגז אז איך האב אריינגעלאזט מיין טאטע פאר אזוי לאנג. דער אמת איז אז איך האב אים נישט אריינגעלאזט, ער האט מיר פשוט מודיע געווען פאר ווי לאנג ער קומט, און דאס איז עס; און איך בין נישט מסוגל אים צו זאגן אז ער זאל נישט קומען, ווייל ער וועט עס נעמען זייער שווער, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט העלפען.


למעשה איז מיין ווייב זייער ברוגז אויף מיר, קען מיר דער ראש ישיבה געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אריין גענומען דיין פאטער צו דיר אין שטוב, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


דערפאר זאלסטו זיך פרייען אז דו קענסט מקיים זיין אזא גרויסע מצוה צו העלפן דיין טאטע, בפרט ווען ער איז געבליבן איינער אליין ה' ירחם. אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער העלפן, אז דו וועסט זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער, דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך אין שטוב, און ווען עס איז דא השראת השכינה ווערט ליכטיג אין שטוב.


דאס וואס דיין ווייב האט ביים אנהייב זיך געפריידט און יעצט איז זי ברוגז וכו'; וויסן זאלסטו אז א פרוי דארף גארנישט, א פרוי וויל גארנישט; א פרוי ווייל איין זאך - א מאן, אויב האט זי א מאן, דאס הייסט דער מאן העלפט איר, דער מאן געבט איר גוטע ווערטער, דער מאן הערט איר אויס, דער מאן האט מיטלייד מיט איר, זי שפירט ווי זי האט איינעם וואס זארגט פאר איר וכו', דעמאלט דארף זי שוין גארנישט, זי איז גליקליך און צופרידן, זי וועט זיך קיינמאל נישט אפרעדן וכו'. אויב האט זי נישט קיין מאן, דאס הייסט, זי האט א מאן אבער דער מאן דארף איר נישט, דער מאן דארף איר נאר אויף אזויפיל אז זיינע חברים זאלן אים נישט טשעפען אז ער איז א גרוש וכו', אבער חוץ מזה האט ער נישט מיט איר קיין שום עסק וכו', דאן וועט זי ברוגז ווערן אויף אים יעדן טאג אויף א צווייטע זאך.


עס איז דא א מעשה וואס די וועלט פארציילט, עס איז געקומען אן איש מכובד א גאסט אין בית המדרש, עס איז געווען שבת ראש חודש, דער גאסט איז געווען א שיינער בעל תפילה, ער האט געווארט מען זאל אים מכבד זיין מיט 'קבלת שבת', למעשה האט מען צוגעשיקט א צווייטן. אים האט דאס בכלל נישט געשמעקט, ער האט געטראכט צו זיך 'מן הסתם ווילן זיי מיר צושיקן צו שחרית', ער האט זיך געטרייסט מיט דעם, אז ער גייט מארגן אראפלייגן א שיינעם ממקומך און א שיינעם הלל, למעשה האט מען אים נישט צוגעשיקט צו שחרית, קיין עליה האט ער אויך נישט באקומען, אבער ער האט געטראכט 'זיכער וועט מען מיר צושיקן צו  מוסף', ווען ער האט געזען אז ביי מוסף האט מען אויך צוגעשיקט א צווייטן האט ער געפלאצט! עס קומט הויכע שמונה עשרה, דער שליח ציבור האט בטעות אנגעהויבן 'תכנת שבת' אנשטאט 'אתה יצרת', דער גאסט האט אנגעהויבן שרייען: "נא! נו! אתה יצרת!" אויפן וועג אהיים טראכט ער צו זיך 'הלואי ווען איך קען ווען זאגן וואס ליגט אונטער דאס שרייען "נו! נא! אתה יצרת".


ווען א פרוי באקומט נישט פון איר מאן קיין אנערקענונג, דער מאן רעכנט זיך נישט מיט איר, ער רעדט נישט שיין צו איר וכו' וכו', ווען די פרוי שרייט: "נו! נא!" דעמאלט ווייסט מען גלייך אז עפעס ליגט אונטער דעם "נו!" עפעס ליגט אונטער דעם "נא!"


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט אכטונג געבן צו מכבד זיין דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה איז אין שטוב, ווייל דער אייבערשטנס נאמען איז שלום (שבת י.).


זע צו באנייען דיין צוגאנג אין שטוב; פון איין זייט זאלסטו ווייטער מכבד זיין דיין טאטע און אים האלטן אים אין שטוב, דאס וועט דיר ברענגען ישעות. אויך איז זייער וויכטיג פאר חינוך אז די קינדער וואקסן אויף מיט א זיידע, די גאנצע שטוב דריידט זיך ארום דעם זיידן, מען העלפט אים, מען טראגט אים, מען לערנט מיט אים וכו'. פון דער אנדערער זייט זאלסטו זייער אכטונג געבן אויף דיין ווייב איר צו געבן גוטע ווערטער און ליבשאפט, וועסטו זוכה זיין צו נחת פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - ווי אזוי זאל איך זיך אפגעבן מיט מיין ווייב?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער טייערער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב פילט אז איך לויף איר נאך צו שטארק, איך בין צו שטארק תלוי אין איר. וואס איז די עצה פאר דעם? זאל איך איר געבן ווייניגער ליבשאפט?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט צי דו זאלסט אויפהערן געבן ליבשאפט; עס זעט אויס ווי קיינער האט דיר נישט מדריך געווען חתונה צו האבן, ווייל איינס פון די יסודות וואס א אינגערמאן דארף וויסן ווען ער האט חתונה איז, אז דורך נאכלויפן די ווייב וכו' געבט מען נישט קיין ליבשאפט, נאר דאס מיינט אז מען נעמט פאר זיך ליבשאפט וכו'.


אין די תורה שטייט אז ווען חוה האט געפאלגט דעם שלאנג און געגעסן פונעם עץ הדעת האט דער אייבערשטער איר געגעבן אן עונש (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן נאך איר מאן, און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט, אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ", ווען זי לויפט נאך איר מאן, דעמאלט איז "וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", איז דער מאן דער וואס געוועלטיגט וכו', אבער ווען עס איז פארקערט דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו', עס איז "וְאֶל אִשָׁה תְּשֻׁקָתְך", דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן עס ווערט " וְהִיא (מיט א יוד) יִמְשָׁל בָּךְ", זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן. ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' ווערט דער מאן זייער אראפ געקוקט אין אירע אויגן, נאכלויפן די ווייב איז נישט געבן ליבשאפט, נאר דאס איז נעמען ליבשאפט.


דער הייליגער קדושת לוי זאגט (סוף פרשת חיי שרה, דבור המתחיל ויביאה יצחק) אויפן פסוק (בראשית כד, סז): "וַיְּבִיאֶהָ יִצְחָק וְגוֹ', וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה וַיֶּאֱהָבֶהָ", וואס וויל די תורה זאגן מיט דעם אז יצחק האט ליב געהאט רבקה. זאגט דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו, אז עס איז דא איינער וואס זאגט ער האט ליב זיין ווייב, אבער באמת האט ער זיך אליינס ליב, ער דארף איר נאר פאר זיינע געברויכן, זי זאל אים באדינען, זי זאל אים קאכן און באקן און זיין גרייט פאר אים וכו' - דער האט בכלל נישט ליב זיין ווייב, ער האט זיך ליב; נאכדעם איז דא איינער וואס האט טאקע ליב זיין ווייב, ער זוכט ווי אזוי ער קען איר פרייליך מאכן, ער טראכט נישט פון זיך א גאנצן טאג, ער לויפט נישט נאך זיין ווייב טאג און נאכט, ער רעכנט זיך מיר אירע געפילן, ער העלפט איר אן קיין חשבונות - דער האט באמת ליב זיין ווייב. דאס זאגט די תורה "וַיֶּאֱהָבֶהָ", יצחק אבינו האט באמת ליב געהאט זיין ווייב; עס איז כדי דו זאלסט נאך קוקן דעם גאנצן שטיקל.


א ווייב קען מען נישט אפנארן; די וועלט זאגט אז דער איינציגסטער וואס איז א מבין אויפן מענטש איז די ווייב. די ווייב ווייסט פונקטליך איר סחורה וואס זי האט באקומען; ווען א פרוי זעט ווי איר מאן רעכנט זיך מיר איר, ער העלפט ארויס אין שטוב אן קיין חשבונות צו קענען שפעטער פארלאנגען עפעס פון איר, נאר ער העלפט איר ווייל ער האט א געפיל פאר איר, ער געבט איר גוטע ווערטער, ער רעדט שיין צו איר, דאס הייסט געבן ליבשאפט, און אז מען לעבט אויף דעם אופן איז דער מאן זייער ארויף געקוקט אין אירע אויגן, זי וועט טון פאר אים אלעס אויף דער וועלט, זי וועט אייביג זיין גרייט פאר איר מאן וכו', אבער ווען די פרוי שפירט אז דער מאן לויפט איר נאך וכו' דעמאלט איז נישט גוט.


מיר מאכן יעדן טאג א ברכה "שֶׁלֹּא עָשַׂנִי אִשָׁה"; לכאורה, וואס איז פשט פון דעם ברכה – יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט קיין פרוי, די וועלט קען דאך נישט אנגיין אן פרויען, אויף וואס דאנקן מיר דעם אייבערשטן? (אגב, מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז די ברכה וואס די פרויען מאכן "שֶׁעָשַׂנִי כִּרְצוֹנוֹ", איז סאך א שענערע ברכה, ווייל זיי געבן זיך אינגאנצן איבער צום אייבערשטן), זאגט מוהרא"ש אז דער אייבערשטער האט באשאפן מאן און ווייב מיט דעם נאטור אז דער מאן זאל זיין דער משפיע - דער וואס געבט, און די פרוי איז די מקבל - זי נעמט, דאנקען מיר דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מיר זענען נישט קיין מקבל, נאר מיר זענען די וואס געבן פאר יענעם. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז זייער אסאך אינגעלייט זענען גאר די וואס זענען מקבל, אנשטאט זיי זאלן געבן ליבשאפט וכו' זיך רעכענען מיטן ווייב, זענען זיי דא נאר פאר זיך, מיטן אויסרייד אז מיר האבן ליב די ווייב.


דערפאר זאלסטו אויפהערן צו נעמען ליבשאפט, נאר אנשטאט הייב אן געבן ליבשאפט, וועסטו נישט זיין אזוי מזולזל אין אירע אויגן.


וויסן זאלסטו אז אויב דו וועסט לערנען אין שטוב, וועט דיין ווייב דיך זייער מחשיב זיין; א פרוי האט זייער ליב צו זען ווי איר מאן לערנט. ווען א אינגערמאן איז זיך קובע צו לערנען יעדן טאג דיקא אין שטוב די הייליגע תורה, וועט ער ווערן ארויפגעקוקט ביי זיין ווייב. אנשטאט ארויס צו לויפן יעדע נאכט פארברענגען מיט כלומר'ישע חברים, מיטן אויסרייד "איך גיי אין כולל", "איך גיי לערנען"; בלייב ענדערש אין שטוב לערנען. בשעת דו וועסט לערנען וועט דיין ווייב ענדיגן מיט די שטוב ארבעט, זי וועט הערן דעם זיסן גמרא ניגון, דורכדעם וועט זיך אלעס טוישן לטובה.


איך שרייב דיר נאר עצות וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה; די עצות זענען נישט בדרך אפשר - אפשר וועט עס יא העלפן און אפשר נישט, דאס זענען זיכערע עצות; עצות פון צדיקים איז דער וועג ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ז): "הָעֵצוֹת שֶׁל הַצַּדִּיק הֵם כּוּלוֹ זֶרַע אֱמֶת"; מיט די עצות וואלט יעדער מענטש געקענט האבן א חיים טובים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "כָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תּוֹרָה, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנָּם"; ווען א מענטש לויפט נאך זיין ווייב וכו', ברענגט ער אויף זיך אליינס שלעכטס, און ער באקומט גיהנום אויף דער וועלט. מה שאין כן ווען א מענטש נעמט דעם הייליגן רבינ'ס דרך הלימוד, אזא מענטש לעבט שוין אויף דער וועלט אין 'גן עדן', ער דארף נישט קיין כולל ערב, קיין כולל בוקר, ווייל וואו ער איז - דארט איז זיין כולל, ער זיצט אין שטוב פארטאגס און ביינאכט און לערנט זיינע שיעורים כסדרן - מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה וכו', זיין ווייב קוקט אים ארויף, אזוי אויך ער אליינס פאר זיך שפירט זיך גוט, ווייל תורה מאכט פרייליך א מענטש, ווען א מענטש לערנט תורה שפירט ער א טעם אין זיין לעבן.


איך קען נישט צופיל מאריך זיין אין דברים שבינו לבינה מפני הצניעות, איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#179 - אלע מיינע חברים זענען מצליח מער פון מיר
שלום בית, חברים, ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון אביסל נאך מיין חתונה, שוין איבער זעקס יאר, בין איך אין א גרופע פון איבער 30 געשמאקע אינגעלייט. אונז שמועסן אסאך און מיר קומען זיך צוזאם כסדר צו פארברענגען אין מלוה מלכה'ס.


אבער פון די גאנצע גרופע בין איך דער גרעסטער looser, אסאך פון מיינע חברים האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס און איך האב קוים ברויט אין שטוב. אסאך חברים קענען לערנען, איך זאג לעצטנס אביסל אויפ'ן סדר דרך הלימוד משניות מיט חומש אבער איך פארשטיי נישט גארנישט. אסאך חברים קענען שפילן מוזיק און דאווענען שיין פארן עמוד, איך קען נישט שפילן און נישט דאווענען און נישט ליינען. רוב חבירים האבן שוין געקויפט אייגענע גרויסע הייזער אין איך לעב אין א קליינע דירה.


יעדעס מאל מ'קומט זיך צוזאם, יעדער שמועסט הויך אבער איך האב נישט וואס צו פארקויפן. ס'מאכט מיך זייער צובראכן, איך פיל זיך ווי א דורכפאל וואס קיינער דארף נישט האבן.


א גרויסן ש'כח פארן אוועקגעבן צייט צו העלפן אנדערע.


חזקי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חזקי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן וכו'; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט שוין א שיינע פאר יאר, דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו האסט פרנסה; אנשטאט דו זאלסט דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר און טוט מיט דיר, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס צו קרעכצן.


עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אפ ביי א צווייטן; עס קען אויסקוקן צו מאל ווי דער מענטש פארדינט שיין, ער איז מצליח מיט אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו', אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס איז נאר געמאכט, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס האט קנאה, ער איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף א נפטר, אז אויב א מענטש האט נישט געהאט קיין קנאה, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; אז א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם'; ווען דער גאנצער יענער איז נעבעך צעבראכן אויף שברי שברים, עס זעט נאר אויס פון אינדרויסן אז יענער לעבט. און אפילו יענער זאל יא האבן א גוט לעבן, דארף מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן, ווייל אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די ווייב, די קינדער, און די סארט שטוב וכו' וכו', דארף איך גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה וכו'; ביסטו דאך רייכער פון אלע דיינע כלומר'ישע חברים! וואס וועט יענער מיט נעמען אויף יענע וועלט, זיין שיינע קול? זיין שפילן? זיין הויז? וואס? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): 'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה' – "זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא, וְלֹא מִשְׁנָה, וְלֹא תַּלְמוּד"; א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, משניות און גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חז"ל (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארעמאן. א מענטש וואס לערנט נישט תורה יעדן טאג, ווען ער וועט אוועקגיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם; אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט און קיין הייזער, דארט נעמט מען נישט מיט קיין שיינע קול, אדער שפילן וכו', דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים; דערפאר פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיט אזא צעבראכנקייט אז דו שפירסט זיך צווישן דיינע חברים ווי א פעלער, ווייל זיי קענען דאווענען פארן עמוד אדער שפילן, און דו קענסט גארנישט, נאר זאגן משניות און חומש וכו'.


איך וויל דיר פרעגן צי עס איז א נארמאלע זאך וואס דו טוסט, דו שרייבסט מיר אז דו האסט חברים, און מען קומט זיך כסדר צוזאם ביינאכט, און צו מלוה מלכה'ס; פארוואס זאלסטו ארויס גיין פארברענגען מיט חברים ווען דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה אזא שיינע שטוב, דו האסט א ווייב מיט קינדער; פארוואס זאלסטו נישט פארברענגען אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע יונגע יארן מיט חברים, וואס היינט איז ער דיין חבר און מארגן קען ער דיר מער נישט.


עס איז נישט דא אזא זאך ווי א חבר, מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב"; סתם פארברענען נעכט מיט אינגעלייט וואס אנטלויפן פון שטוב, אנטלויפן פון זייער לעבן, דאס זענען נישט קיין חברים, זיי זענען בכלל נישט דאהי, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "כָּל שֶׁאֵין בְּיָדוֹ מִקְרָא, מִשְׁנָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, אֵינוֹ מִן הַיִּשּׁוּב"; סתם זיצן און שמועסן מיט אינגעלייט וואס עס קומט נישט ארויס פון די שמועסן קיין מקרא משנה, אדער פרנסה - עפעס תכלית, איז אינו מן הישוב.


א חבר איז איינער וואס ווען איך גיי אריבער א צרה, איך גיי אריבער בזיונות -  שטארקט ער מיר, און ער איז מיר מחזק; ווען קיינער וויל נישט קוקן אויף מיר וכו' וכו', דעמאלט קען מען זען וואס הייסט א חבר. אז מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך, וועט ער זען, אז יעדע שטיק צייט מיינט ער אז ער האט אנדערע בעסטע חברים, און פלוצלינג טוישט זיך עס, און אלע חברים זיינע זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#178 - זאל איך ליינען גוי'אישע ביכער אויף שלום בית?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איינער האט מיר מציע געווען צו ליינען צוויי פאפולערע אויסגאבעס אויף ענגליש פון עמזעאן'ס וועבסייט, וואס איז מסביר די וועג וויאזוי צו קאמיוניקעטן מיט א ווייב, און דער חילוק ווי אזוי מענער און פרויען קאמיוניקעטן.


איך האב זייער א שטארקע חשק עס צו ליינען, ווייל איך האלט אז איך וועל קלוגער ווערן דערפון (איך האב שוין איינס אינדערהיים אבער נאר געליינט די ערשטע פאר בלעטער), איך האב אבער מורא צו ליינען א זאך וואס א גוי האט געשריבן.


איך וויל פרעגן וואס דער ראש ישיבה האלט דערוועגן?


א יישר כח פאר די שיעורים און די ניגונים.


יואל משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, דו שרייבסט מיר אז דו גייסט זיך לערנען שלום בית ביי א גוי; ווי אזוי קען א גוי אויסלערנען שלום בית ווען עס איז נישט דא אזא זאך ווי א גוי זאל לעבן מיט איין פרוי דורכאויס זיין גאנצע לעבן וכו'... אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, זאלסטו דורכלערנען די ספרים וואס מוהרא"ש האט ארויס געגעבן אויף שלום בית וואס איז צוזאמגענומען אין "אוצר שלום בית", צוזאמגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים און פון ר' נתן זכרונו לברכה אלע עצות ווי אזוי א מענטש קען לעבן בזה העולם א חיים טובים. היינט איז עס שוין געדרוקט אויף אפאר שפראכן, אויף אידיש, ענגליש און נאך; דארט וועסטו זען ווי אזוי מען האט שלום בית.


פאלג מיר, און ווארף ארויס פון שטוב די אלע גוי'אישע ביכער; צדיקים האבן געזאגט אז ביכ"ל איז ראשי תיבות (משלי ב, יט): "כָּ'ל בָּ'אֶיהָ לֹ'א יְ'שׁוּבוּן", שלמה המלך זאגט: ווער עס לערנט חכמות וואס קומט נישט פון די הייליגע תורה און פון די הייליגע צדיקים - "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן, וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", וועט זיין זייער שווער מען זאל צוריק קומען צום אייבערשטן; דערפאר בעט איך דיר זייער, אנטלויף פון די אלע חברים וואס זענען דיר מציע צו ליינען אויסגאבעס וואס קומען נישט פון די הייליגע תורה, ווייל דאס וועט נאר אוועק נעמען דיין אמונה אינעם אייבערשטן.


אז מען רעדט שוין וועגן ליינען גוי'אישע ביכער, זאלסטו וויסן אז עס איז נישט גוט בכלל אריין צו ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג - נישט קיין חילוק אידישע צי להבדיל גוי'אישע, ווייל צייטונגען רייסן אויס דאס יראת שמים פונעם מענטש. איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג - אפילו אידישע; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, און איך האב נישט געוויסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


די ישיבה איז געווען אינדרויסן פון שטאט, און ווען עס איז געווארן סוף וואך, מיטוואך דאנערשטאג, האב איך געזען ווי די בחורים הייבן אן שפרינגען פון זייער הויט, מען ווארט אז די קאר פון די מגידי שיעורים זאל שוין אנקומען (די עלטערן פלעגן ארויס שיקן פאר די בחורים עסן וכו' מיט די מגידי שיעורים וואס זענען געקומען יעדן טאג צו פארן), איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, אויף וואס ווארט מען אזוי בכליון עיניים? האט מען מיר געזאגט אז דער צייטונג איז שוין ארויס געקומען, און מיר קענען שוין נישט אויסהאלטן, מיר דארפן עס האבן... איך האב געטראכט צו מיר 'מן הסתם פעלט מיר עפעס פון מיין לעבן, אז איך ווייס נישט וואס א צייטונג איז', איך האב פרובירט צו קוקן אין דעם, און איך האב געזען דאס ליצנות וואס זיי מאכן פון כלל ישראל, איך מיש אהער איך מיש אהין - עס איז נישט דא וואס צו ליינען דארט; עס זיצן פוסטע יונגען און דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערט בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות, און עולם גולם קויפט עס, קיינער ווייסט נישט פארוואס. קיינער טראכט שוין נישט אליין, נאר וואס דער שרייבער שרייבט, דאס איז דער שכל הישר.


וואויל איז פאר א מענטש וואס נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגאזין, און ער געבט אכטונג אויף זיינע קינדער וואס זיי ליינען; ער קויפט פאר זיינע קינדער סיפורי מעשיות פון הייליגע צדיקים תלמידי בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און ער פארברענגט שבת ביי די סעודות מיט זיי, און ער נעמט שלום בית פון די תורה און פון די הייליגע צדיקים.


איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#177 - מיין ווייב טשעפעט מיר און קוקט מיר אראפ
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א מורא'דיגע פראבלעם, מיין ווייב קומט פון זייער אן ארויפגעקוקטע משפחה, און זייט אונזער חתונה - פאר די לעצטע צען יאר - האלט זי אין איין זאגן אז זי איז אריינגעפאלן מיט א נעבעכדיגע משפחה, און זי מאכט כסדר חוזק פון מיין משפחה ביי יעדע געלעגנהייט, און ס'טוט מיר זייער וויי.


זי גייט כמעט נישט צו מיינע עלטערען, אין די צייט וואס זי זיצט אפ גאנצע טעג ביי איר משפחה, און איך זאג איר קיינמאל גארנישט.


לעצטענס איז איר שוועסטער געווארן א שדכנ'טע און זי האט שוין אנגעטראגן אפאר שידוכים פאר מיין משפחה. און יעדעס מאל וואס איינער זאגט אפ א שידוך, זאגט זי פאר מיין ווייב אז קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט אונז, און דאס העצט נאך מער אויף מיין ווייב קעגן מיר. זי מאכט מיך פילן ווי איך בין א נידעריגע קלאס מענטש.


א גרויסן ש'כח פאר אייער הילף.


אליעזר דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו ענטפערן אויף שלום בית ווען מען הערט נאר איין זייט פון די מעשה. אבער דאס איז זיכער אז דו דארפסט זיין מיט דיין ווייב אפען, דו דארפסט איר זאגן אז עס באדערט דיר זייער ווען זי מאכט אוועק דיין משפחה. און דאס וואס דו שרייבסט אז דו זאגסט איר קיינמאל גארנישט וכו', מיט דעם ביסטו נישט גערעכט, ווייל אז מען זאגט נישט ווייסט מען נישט.


אסאך מאל לעבט זיך א מענטש אין זיין חריין פאר זיבציג יאר, און ווי לאנג מען זאגט אים נישט: "ר' איד, פארוואס לעבסטו איינגעגעסן אין חריין ווען דו קענסט זיך אריין עסן אין א זיסע פרוכט" - ווייסט מען נישט אז מען ליגט אין חריין; אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס מען האט זיי פשוט נישט געלערנט וואס שלום בית איז, מען האט אים נאר אויסגעלערנט אז דעמאלט קויפט מען אזא מתנה, און דעמאלט זאגט מען יישר כח, אבער מער פון דעם ווייסט מען נישט וואס שלום בית איז.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן, איז זייער ביטער.


אסאך מאל קומט דער מאן פון א משפחה וואס דער וועג ווי אזוי מען רעדט דארט איינער מיטן צווייטן איז דורך זיך שטעכן (פארשטייט זיך אז מען לייגט צו: "איך מאך נאר א וויץ", "איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט א בעבי?") און די פרוי קומט פון א איידעלע משפחה, א משפחה וואו מען רעדט מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן. יעצט וואס געשעהט ווען די פרוי קען נישט נעמען די וועג ווי אזוי איר מאן רעדט, אבער זי שעמט זיך צו רעדן מיט אים וועגן דעם, אדער זי האט מורא וכו'? זי עסט זיך אן אינעווייניג, ביז זי איז מחליט: 'איך גיי מיר אהיים צו מיינע עלטערן, איך קען נישט וואוינען מיט אזא חי' רעה'... אבער ווען די פרוי וואלט ווען גערעדט צו איר מאן, און אים געזאגט שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, עס באדערט מיר ווען דו מאכסט די וויץ אויף מיר", "עס באדערט מיר די וועג ווי אזוי דו רעדסט", "איך בין נישט צוגעוואוינט צו דעם ברייטן שפראך", וואלט דער מאן איר געזאגט: "קוק אהער מיין טייערע ווייב, איך קום פון אזא שטוב ווי מען דזשאוקט זיך איינער אויפן צווייטן; איך גיי ארבעטן אויף מיר, איך גיי אכטונג געבן ווי אזוי איך רעד צו דיר, און אויב איך רעדט יא ברייט וכו', בעט איך דיר מיין טייערע ווייב נעם עס נישט פרזענליך, ווייל איך מיין נישט גארנישט", און עס וואלט געווען שלום על ישראל.


אבער אז מען רעדט נישט איז זייער נישט גוט; זי מיינט ער וויל איר פליקן, און ער מיינט אז זי איז א בעבי און די שלום בית פלאצט פאר גארנישט און פאר נישט. און באלד וועסטו נאך הערן אין שול ווי מען רעדט וועגן זייער גט, און מען זאגט: "נא, זיי האבן זיך נישט גע'גט וועגן שטותים, דארט איז טאקע געווען פראבלעמען", ווען די גאנצע זאך האט פאסירט נאר ווייל מען רעדט נישט.


ווען מען איז געקומען פארציילן פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז, אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט נישט, און מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע זאג איך דיר, שלום בית איז נישט אז מען זאגט קיינמאל גארנישט - אזוי ווי דו שרייבסט, שלום בית איז יא צו רעדן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, מיט דער צייט ווערט דער מענטש אנגעגעסן אין זיך, און עס פלאצט נאכדעם אויס זייער נישט גוט, און זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער, נאר ווייל מען האט נישט גערעדט, און מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן, ביז מען האט שוין נישט געקענט מער, און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


ווען דיין ווייב בארעדט דיין משפחה, זאלסטו איר שיינערהייט זאגן: "ביסט גערעכט, מיין משפחה זענען שווערע מענטשן, אבער איך בעט דיר זייער מיין טייערע ווייב, זאג עס נישט, ווייל יעדע מאל דו זאגסט עס טוט עס מיר וויי וכו'", וועסטו זען אז זי וועט דיר מער נישט צעקלאפן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קייזערן און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; דער רבי לערנט אויס דרך ארץ, אז א מענטש זאל זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן.


מען טאר קיינמאל נישט אוועק מאכן א צווייטענס משפחה אדער חסידות; איינער וואס טשעפעט א צווייטן מיט זיין טאטע מאמע, אדער רבי וכו' - דער מענטש כאפט נישט וואס ער טוט, מען האט אים נישט געלערנט וואס מיינט גוטע מידות, דערפאר מיינט ער אני ואפסי - איך מיט מיין רבי מיט מיין משפחה זענען גוט, און עפעס אנדערש איז נישט חשוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריין קומען צו אים אין צימער און אנגעפאנגען רעדן צו אים אנקעגן זיין ווייב, זי איז געשטאנען און גערעדט אויף איר כל דבר אסור, איז דער הייליגער רבי מרדכי'לע זי"ע געזיצן און איר אויסגעהערט, און ווען זי איז ארויס געגאנגען האט ער גענומען זיין קאפל און אויסגעשאקלט, און צוריק געגאנגען לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הייבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א דאס מיט א יענץ", און זי האט געשריגן און געשריגן, ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל און דאס אויסגעשאקלט, און זיך צוריק געזעצט לערנען.


וויסן זאלסטו אז א שניר מיט א שוויגער קומען זיך נישט אויס; דאס איז ביי יעדן איינעם די זעלבע זאך, און דער מאן איז "מאנקי אינדערמיט", מען דארף קענען גיין צווישן די טראפנס, און אויב מען רעדט שיינערהייט קען מען אלעס פארשפארן.


איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן, אבער נישט רעדן איז נישט קיין עסק; איך האלט דו זאלסט כאפן א שיינע שמועס מיט דיין ווייב, זאג איר שיינערהייט אז עפעס באדערט דיר שוין פאר א לאנגע צייט, און זאג איר אפענערהייט אז יעדעס מאל זי מאכט אוועק דיין משפחה ציפט עס דיר ביים הארץ. אז זי וועט דיר פרעגן: "וואס? דו האסט מער ליב דיין מאמע ווי מיר?" זאג איר: "ניין, דו ביסט מיר מער ווי די גאנצע וועלט, אבער עס באדערט מיר ווען מען מאכט אוועק מיין משפחה". איך זאג דיר אז זי וויל נישט דיין שלעכטס, נאר זי כאפט פשוט נישט אז עס באדערט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#176 - איך שפיר מער א געשמאק אין עיון; מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן
אומאן, שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

I started derech halimud a while ago, and I’m about to finish for the FIRST TIME misnayes. now I have 2 things to discuss with the rosh yeshiva.
first of all I’m not saying that I was the biggest masmid, but I felt like I enjoyed learning, understanding the concepts how the the question was answerd; and with derech halimud I feel like I’m accomplishing in terms of finishing but not in terms of connecting to it and enjoying it.
2, I realy get a lot of chizuk and would want to go to uman to the rebbe for rosh hashono, but all my wife knows that its a crazy place and radicle pepole, and she would never let me go and as much as i tried to talk to her about it nothing doing and I’m sure don’t want to lose my wife in the procces, if you can give me some advice.
thanks a million for everything you have done for me through the shiurim.
marc

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד האברך מארק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז ווען דו לערנסט און דו פארשטייסט וואס דו לערנסט שפירסטו א געשמאק אין לערנען, מה-שאין-כן ווען דו זאגטס אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, שפירסטו נאך נישט קיין געשמאק; דו דארפסט נישט אפלאזן דיינע אלטע שיעורים, אדרבה - זע צו לערנען ווייטער דיינע שיעורים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענשט זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דער עיקר זאלסטו זען צו לערנען אסאך פרקים משניות, און אסאך דפים גמרא - אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, און במשך הימים וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, און דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען און דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין אלעס וואס די לערנסט.


בנוגע וואס דו פרעגסט וועגן דיין ווייב, אז זי קוקט אן ברסלב ווי א פלאץ פון מטורפים וכו'; ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער וואס גייט אריבער דעם פראבלעם, נאר זייער אסאך אינגעלייט און בחורים גייען אריבער דאס זעלבע וואס דו גייסט אריבער, זיי ווילן קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער זייערע עלטערן און זייער ווייב שטעלן זיך אנקעגן, ווייל זיי האבן געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן.


געב אכטונג זיך נישט צו קריגן מיט דיין ווייב, און אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען אויף ראש השנה קיין אומאן וועסטו זען אז עס וועט געשען א נס און אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה, נישט נאר וועט דיר דיין ווייב לאזן גיין קיין אומאן, נאר זי וועט דיר טרייבן, זי וועט דיר קויפן א מתנה א טיקעט אז דו זאלסט פארן קיין אומאן.


איך האב שוין געזען גרויסע וואונדער ביי מיינע תלמידים - סיי בחורים און סיי אינגעלייט, ווי זיי האבן אסאך מתפלל געווען אויף דעם ענין, זיי פלעגן יעדן טאג זיך אויסגיסן זייער הארץ צום אייבערשטן אז זיי ווילן גיין קיין אומאן צום רבי'ן צו פארעכטן זייערע מעשים, און זוכה זיין צו האבן א תיקון אויף זייערע מעשים וכו', און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן זוכה געווען צו קומען.


דו זאלסט זען צו זיין א וואוילער מאן, דו זאלסט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט דיין ווייב; דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) אז מען דארף זייער שטארק אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב; און דו וועסט זען אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.