שאלה אין קורצן ענין
#225 - מיין ווייב איז צו שטארק פרום, וואס טו איך?
שלום בית, צניעות, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, ב"ה גליקליך חתונה געהאט, אבער כ'האב איין פראבלעם אז מיין ווייב איז געגאנגען אלס כלה צו גאר א פרומע כלה טיטשער, וואס האט איר אויסגעלערנט פארשידענע חומרות יתירות, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך ווייס אבער נישט ווי אזוי איר אויפצוקלערן אז מ'האט איר אויסגעלערנט פאלשע זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג, וואס קען איך טון וועגן דעם?


דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן אסאך כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אנשטאט קרעכצן וכו' זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו חתונה האבן מיט א ערליכע איידעלע צניעות'דיגע ווייב.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די מעלה פון האבן א ערליכע ווייב וואס וועט זיין א ערליכע מאמע פאר דיינע קינדער; נישט אלע יונגעלייט ווייסן דאס חשיבות פון א ערליכע ווייב, נאר הערשט שפעטער ווען מען האט שוין קינדער דעמאלט הייבט מען אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז מען האט א ערליכע ווייב וואס איז א געטרייע מאמע פאר די קינדער.


אז דיין ווייב פירט זיך ערליך איז דאס נאר א מעלה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; דו ווילסט דאך אודאי ערליכע קינדער, זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב און איר ארויף קוקן. שלעפ איר נישט אראפ און זוך נישט ווי דו קענסט אראפרייסן איר צניעות און ערליכקייט מיטן איר בעטן זי זאל גיין אנגעטון מער אויפפאלנד און אויפרייסנדיג; עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען איז יונג וכו' און נאכדעם רייסט מען זיך די האר פון קאפ אז מען האט פארלוירן דאס איידלקייט און טייערקייט וכו'.


בנוגע די חומרות וואס מען האט געלערנט מיט איר וכו'; עס איז כדאי זי זאל דאס אליינס הערן פון אן ערליכן רב. גיי מיט איר צו דיין דיין אדער דיין רב, אז זי וועט רעדן מיט דיין דיין וועט זי עס בעסער קענען נעמען ווי אויב זי וועט עס הערן פון דיר, ווייל אז דו וועסט אוועק מאכן וואס זי האט געהערט וכו' וועסטו נאר ערגער מאכן.


וואויל איז פאר א מענטש וואס זוכט נאר ווי אזוי ער קען האבן א ערליכע ווארימע שטוב, א ערליכע ווינקל פאר זיינע קינדער, און ער איז מחזק זיין ווייב אז זי זאל גיין אנגעטון איידל און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#224 - מעג א פרוי זיין נישט צניעות'דיג אינדערהיים?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך געהער צו א חשובע בארימטע קהלה וואו מ'לייגט פיל כוחות און התחזקות אויף צניעות פון פרויען, און מ'זעט ב"ה שיינע פירות.


לעצטנס האב איך אבער פארשטאנען פון די שיעורים אז אינדערהיים דארף א פרוי זיך יא אהערשטעלן פאר'ן מאן, איז די שאלה אויב א פרוי מעג טאקע זיך אנטון נישט צניעות'דיג אינדערהיים, אין די צייט ווען ס'איז דא קלענערע קינדער אין שטוב, און וואס איז ווען ס'איז שוין דא גרויסע בחורים און מיידלעך, זיי הייבן אויף פארוואונדערטע אויגן אז די מאמע טוט זיך אזוי אן, אין קעגנזאץ פון ווי אזוי א אידישע פרוי דארף אויסזען.


איך האף איר וועט מיר געבן א קלארע תשובה, ווייל איך מוטשע זיך שוין מיט די זאך פאר א שטיק צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס איר האט געהערט, מן הסתם האט איר נישט גוט פארשטאנען.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז נישט נאר אין גאס, צניעות איז סיי אין גאס און סיי אין שטוב, און א פרוי וואס געבט אכטונג אויף צניעות וועט זוכה זיין צו הייליגע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס איר זאלט אראפנעמען אייער צניעות אין שטוב, בפרט ווען איר האט א שטוב מיט בחורים און גרויסע מיידלעך און איר דארפט זיין א ביישפיל זיי צו ווייזן דאס שיינקייט פון צניעות.


אז איר ווילט זיין א געטרייע פרוי פאר אייער מאן זאלט איר אים פרייליך מאכן און אים צופרידן שטעלן וכו', איר זאלט שטענדיג זיין גרייט פאר אים וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין עירובין ק:) אז א פרוי וואס איז אלעמאל גרייט פאר איר מאן וועט האבן אזעלעכע וואוילע קינדער וואס זענען אפילו נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו; מען קען זיך נישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס איז אלעמאל גרייט פאר'ן מאן.


נאך זאגן חז"ל (ברכות יז.) אז דער אייבערשטער געבט א גרעסערע שכר פאר פרויען ווי פאר מענער, ווייל די פרויען ווארטן אפ די מענער און ראטעווען זיי פון עבירות.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט ווייטער זיין שטארק מיט אייער צניעות, אויך זאלט איר שטענדיג גיין אנגעטון שיין און צוזאמגענומען, דורכדעם וועט איר האבן חן אין אייער מאן'ס אויגן און זוכה זיין צו לעבן באהבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#223 - וואס טו איך אז מיין מאן איז א פארשלעפטער?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די טאג טעגליכע שיעורים, איך הער אויס אלע שיעורים און איך בין זיך זייער מחיה מיט זיי.


איך מיט מיין מאן קומען זיך זייער גוט אויס ב"ה, אבער מיין מאן האט א פראבלעם אז ער איז זייער א פארשלעפטער, און דאס שטערט מיר זייער שטארק. איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע און אים זאגן וואס צו טון, אבער פון די אנדערע זייט האב איך געהערט אמאל אין א שיעור אז אמאל מעג א פרוי יא זאגן פאר'ן מאן "גיי לערן".


ווי אזוי קען איך אים מעורר זיין זיך צו שטעלן אויף די פיס, אן דאס וואס איך זאל זיין ווי א פאליציי וואס שטייט אים אויפ'ן קאפ.


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן שאלות, און איך וויל בעטן אז אויב מ'געבט ארויס דעם בריוו, זאל מען שרייבן נאר די ענטפער, נישט די שאלה, ווייל מיין מאן ליינט די פראגעס און איך וויל אים נישט וויי טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט גוט מיט אייער מאן; וויסן זאלט איר אז עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז מאן און ווייב לעבן בשלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך – שלום; ווען מען לעבט בשלום איז מען זוכה צו אלע ברכות.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט מער פלינק, אבער אייער מאן איז מער פארשלעפט און דאס שטערט אייך זייער וכו'; בעט איך אייך זייער איר זאלט נישט מאכן פון דעם קיין עסק נאר לעבן מיט ליבשאפט און שלום.


מענטשן מיינען אז מען קען נאר זיין בשלום ווען ביידע האבן די זעלבע מיינונגען און די זעלבע נאטורן, דער רבי זאגט אבער פארקערט, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ) אז שלום איז דוקא ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע נאטורן און מען לעבט אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָך מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", ווייל איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר צו זיין צוויי פארקערט זאכן, עיי"ש.


אזוי אויך זעט מען אז ביי איין פארפאלק איז דער מאן פייער, מער א שטערקערע נאטור און די ווייב וואסער – מער א ווייעכערע נאטור, ווידער ביים צווייטן איז פארקערט - זי איז פייער און ער איז וואסער; אבער שלימות איז ווען ביידע ווילן איין זאך: אויפשטעלן אן ערליכן שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


אז איר וועט רעדן מיט אים און זיך אויסשמועסן מיט אים וואס עס שטערט אייך וועט עס נאר העלפן, דאס מיינט נישט אז מען ווערט ווי א מאמע אדער א פאליס לעדי, נאר פשוט זיך דורך רעדן וואס דאס וועט נאר מאכן בעסער; זאלט איר מיט אים שמועסן און אים אויפמערקזאם מאכן אויף די זאכן וואס באדערן אייך - אבער נאר מיט ליבשאפט און שלום.


זייט'ס נישט ברוגז אז איך לייג די שאלה פאר'ן רבים, ווייל אזוי ווי איר זענט נישט די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם וועלן נאך אידן האבן פון דעם התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#222 - וואס טו איך אז מיין טאכטער איז אריינגעפאלן מיט א פראבלעמאטישער מאן?
שלום בית, קינדער, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט א פיינעם בחור, ער האט געלערנט גוט אין ישיבה, און איך האב געהערט גוטע גריסן אויף אים. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז אלעס נאר געווען לפנים, ער איז געגאנגען ארבעטן נאך די חתונה און ער האט נישט מצליח געווען מיט גארנישט, געלט איז נישט געווען און די שלום בית האט אויך היבש געהינקעט. איך האב פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט געלט, און שטופן דעם וואגן מ'זאל קענען ווייטער לעבן, און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, און ס'איז געבוירן געווארן עטליכע קינדער ב"ה, כאטש וואס ער לייגט קיינמאל נישט צו קיין האנט אין שטוב צו העלפן עפעס.


לעצטנס האב איך אבער באמערקט אויף מיין טאכטער אז זי איז זייער צעטראגן, עפעס טויג נישט ביי זיי, האב איך איר צוגעדריקט צו די וואנט זי זאל מיר דערציילן וואס גייט פאר, און צו מיין באדויערן זאגט זי מיר אז ער נעמט מעדעצין פאר די נערווען שוין פון אלס בחור, און זי איז ערשט לעצטנס געוואויר געווארן דערפון, זי האט מיר דערציילט אז ער פירט נישט קיין נארמאלע שטוב, האט נישט קיין נארמאלע סדר היום, און אזוי ווייטער נאך אסאך דעטאלן וואס איז איר זייער שווער.


איך בין געווארן אינגאנצן פארלוירן, וואס דארף איך יעצט טון? זאל איך ארבעטן אויף א גט? אדער איז דא אן אנדערע עצה?


זיינע עלטערן זענען נישט אינטערעסירט צופיל אין אים בכלל, איך גיי זיי אבער פארהאלטן אויף די עוולה וואס זיי האבן געטון מיט'ן באהאלטן פון מיר אז ער נעמט נערווען מעדעצינען, איך מיין אז עפ"י הלכה טאר מען דאס נישט טון. אבער דערווייל בין איך ממש פארלוירן און איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, ביטע העלפט מיר ארויס און ווייזט מיר דעם ריכטיגן וועג וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער איין זאך זאלסטו וויסן אז די שאלה איז א פיקוח נפש שאלה.


היות עס איז שוין דא ביי זיי קינדער קיין עין הרע, קען מען נישט טראכטן פון זיך, מען דארף יעצט טראכטן פון די קינדער; זיך גט'ן איז א גרינגע זאך ווען מען טראכט פון דעם הוה, אבער אז מען טראכט אריין אינעם עתיד פון די קינדער איז גט'ן נישט די עצה, ווייל במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...'".


דערפאר בעט איך דיר זייער, לייג אוועק אלע פריוואטע נגיעות; יעצט איז נישט די שאלה ווער עס איז גערעכט, אודאי איז דאס א געפערליכע עוולה – אריין נארן א אומשולדיגע מיידל מיט א נערוון קראנק'ן בחור, אבער יעצט דארף מען טראכטן פאר די טובה פון די קינדער; אז עס גייט זיין א גט גייען זיי ליידן השם ישמרינו.


איך זאג אייך נאכאמאל, עס איז שווער צו ענטפערן אזא שאלה ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער דאס זאג אייך נאכאמאל: "אויב איז דא קינדער מוז מען לייגן דעם 'זיך' אין דער זייט און טראכטן פון די קינדער", ווייל קינדער דארפן א טאטע און א מאמע.


"גט'ן איז נישט די עצה!" אז איר וועט נעמען א ביקס און שיסן אייערע אייניקלעך וועט איר זיי נישט אזוי שטארק שלעכט'ס טון ווי אויב איר וועט מאכן א גט פאר אייער טאכטער.


זוכט אויף אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכע איד וואס מען רופט א 'צדיק אין פעלץ', וואס ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זוכט א צדיק וואס איז אויפן גאס, איינער וואס ווייסט בצרתן של ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער און איינקלעך.

#221 - ווי אזוי רעאגירט מען ווען מ'קומט אן אינמיטן די שטוב ווירטשאפט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער כסדר נתפעל פון די פשוטע און פראקטישע מהלך המחשבה פון מוהרא"ש, און ווי דער ראש ישיבה שליט"א האלט זיך ווייטער אויף דעם דרך, צו ענטפערן מיט אזא שכל הישר.


איך וויל פרעגן א כלליות'דיגע שאלה אין שלום בית, וואס צו טון ווען די ווייב איז פארנומען ביז איבער'ן קאפ מיט די שטוב ארבעט. די שאלה איז בעיקר נוגע פאר פסח, אבער אויך אין אנדערע צייטן.


איך קום אהיים און איך זע ווי די שטוב פליעט, און מיין ווייב איז פארנומען מיט די שטוב ארבעט און איז אנגעצויגן ביז איבער'ן קאפ, וואס דארף איך דעמאלט טון? איך קען נישט צולייגן סתם אזוי א האנט, ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וואו זי האלט מיט די זאכן, און זי האט נישט קיין צייט און געדולד מיר מסביר צו זיין וואס מ'דארף יעצט טון; סתם שטיין אין די זייט און זיך אראפזעצן, שפיר איך אז ס'טוט איר זייער וויי אז זי ארבעט אזוי שווער און איך רוה זיך אפ; אליין צולייגן א האנט און פרובירן זיך פארצושטעלן וואס מ'דארף צו טון יעצט, איז אויך א שווערע זאך; איר זאגן "וואה! דו ארבעטס אזוי שווער!", בשעת די הויז פליעט, איז דאך ווייטער נישט קיין אפציע. און אסאך מאל שפיר איך אז איך מוז פשוט זיך אהערשטעלן אזוי ווי איך בין אויך אנגעצויגן אזויווי איר, סתם צו ווייזן אז איך בין איר אויף איין בלאט.


איך טראכט צומאל אז איך וואלט געדארפט אמאל מיטהאלטן די גאנצע שטוב ווירטשאפט, פון צופרי ביז ביינאכט, אזוי וועל איך וויסן און פארשטיין ווי אזוי ס'ארבעט, און איך וועל קענען העלפן ווען ס'פעלט אויס; אבער איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, און איך וועל דאס נישט קענען באווייזן.


איך שטעל זיך פאר אז נאך מענטשן האבן דעם זעלבן פראבלעם, און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן א פראקטישע הדרכה, אויף למעשה, איך האלט שוין נאכ'ן מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף דעם ענין.


יישר כח, אלישע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אלישע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לעבן בשלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ט): "גָּדוֹל שָׁלוֹם, שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה - אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא - יִמָּחֶה בַּמַּיִם כְּדֵי לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", ביים אייבערשטן איז אזוי חשוב עס זאל זיין שלום, אז דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה מען זאל אויסמעקן זיין הייליגן נאמען אבי עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.


אזוי אויך דערציילן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה שם, שם): "רַבִּי מֵאִיר הֲוָה יָתִיב וְדָרִישׁ בְּלֵילֵי שַׁבַּתָּא, הֲוָה תַּמָּן חָדָא אִתְּתָא יַצִּיבָא וְשָׁמְעָה לֵיהּ תָּנְתָא מִדְרָשָׁא", עס איז געווען א פרוי וועלכע פלעגט גיין יעדע פרייטאג צו נאכט'ס צום שיעור וואס דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס פלעגט געבן, "אַמְתִּינַת עַד דִּיחֲסַל מִמִּדְרָשׁ", איין וואך האט דער תנא רבי מאיר אריינגעצויגן די שיעור אביסל שפעט און די פרוי האט געטראכט אז זי וועט אויסווארטן ביז ער ענדיגט דעם שיעור. "אָזְלָה לְבֵיתָהּ, אַשְׁכְּחָא בּוּצִינָא טָפֵי", ווען זי איז אהיים געקומען איז שוין געווען טונקל אין שטוב, די ליכט האבן זיך שוין געהאט אויסגעלאשן, "אֲמַר לָהּ בַּעְלָהּ, אָן הֲוֵית", ווען איר מאן האט איר געפרעגט: וואו ביסטו געווען? "אָמְרָה לֵיהּ אֲנָא יָתִיבָא וְשָׁמְעָה קָלֵיהּ דָּרוֹשָׁה", האט זי געענטפערט: ביים שיעור פון הייליגן תנא רבי מאיר, "אֲמַר לָהּ כֵּן וְכֵן לָא אִעַיַּלְתְּ לְהָכָא עַד דַּאֲזַלְתְּ וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּי דָרוֹשָׁה", איר מאן איז געווען א שלעכטער מענטש, א כעסן, א לץ; האט ער איר געזאגט: דו קענסט נישט אריין קומען אין שטוב ביז ווילאנג דו גייסט שפייען אויפן פנים פונעם בעל דרשן, און ער האט פארמאכט די טיר. "יְתִיבָא שַׁבַּתָּא קַמַּיְיתָא תִּנְיָנָא וּתְלִיתָא, אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתּוּן צְהִיבִין, אֲתֵינָן עִמָּךְ לְגַבֵּי דָּרוֹשָׁה", די פרוי איז געווען א ערליכע פרוי און זי האט געטראכט צו זיך: 'ענדערש וועל איך בלייבן אינדרויסן ווי איידער מבזה זיין דעם הייליגן תנא רבי מאיר', און זי איז געגאנגען צו א חבר'טע שלאפן, אזוי זענען אריבער אפאר וואכן וואס זיי זענען געווען צעטיילט. "כֵּיוָן דְּחָמֵי יַתְהוֹן רַבִּי מֵאִיר צָפָה בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ", דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט דאס געזען מיט רוח הקודש, "אֲמַר לְהוֹ אִית מִנְּכוֹן אִתְּתָא דְּחַכִּימָא לְמִלְחַשׁ בְּעֵינָא", האט ער ארויס געלאזט א שמועה אז זיין אויג טוט אים וויי, ער שפירט ווי עס ברענט אים, און ווער עס קען לוחש זיין אויף דעם זאל קומען. (אמאל איז געווען אזא רפואה, אז מען פלעגט שפייען אויפן אויג און זאגן עפעס ווערטער, און אזוי איז מען אויסגעהיילט געווארן).


"אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתְּ אָזְלַת וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּיהּ וְתִשְׁרֵי לְבַעֲלִךְ", האבן די חבר'טעס געזאגט פאר די פרוי: גיי שפיי אריין אין רבי מאיר'ס אויג, אזוי וועט דיין מאן מאכן שלום מיט דיר. "כֵּיוָן דְּיָתְבָא קַמֵּי אִידְחִילַת מִינֵיהּ, אֲמָרָה לֵיהּ רַבִּי לֵית אֲנָא חַכִּימָא לְמִילְחַשׁ עֵינָא, אֲמַר לָהּ אֲפִלּוּ הָכֵי רוֹקִי בְּאַנְפִּי שְׁבַע זִמְנִין וַאֲנָא מִינְשִׁים", איז זי געגאנגען, און רבי מאיר פרעגט איר: דו קענסט לוחש זיין? האט זי זיך דערשראקן און געזאגט דעם אמת אז זי קען נישט. האט איר רבי מאיר געזאגט: דעמאלט שפיי אריין זיבן מאל אויף מיין פנים, אזוי וועל איך האבן א רפואה, "עָבְדָה הָכִין. אֲמַר לָהּ אִיזִילִי אִמְרִי לְבַעֲלִיךָ אַתְּ אֲמַרְתְּ חָדָא זִימְנָא וַאֲנָא רָקֵית שְׁבַע זִימְנִין", און זי האט אזוי געטון. האט איר רבי מאיר געזאגט: גיי אהיים און זאג פאר דיין מאן: דו האסט מיר געהייסן שפייען איינמאל, אבער איך האב געשפיגן זיבן מאל.


"אָמְרוּ לוֹ תַּלְמִידָיו רַבִּי כָּךְ מְבַזִּין אֶת הַתּוֹרָה, לָא הֲוָה לָךְ לְמֵימַר לְחַד מִינָן לְמִלְחַשׁ לָךְ", האבן די תלמידים געפרעגט: איז דאס כבוד התורה? פארוואס האט אונז נישט דער רבי געזאגט אז דער מענטש האט געהייסן זי זאל שפייען אויפן רבי'ן, מיר וואלטן אים מסדר געווען ער זאל זיך נישט ווייגן אזאנס צו טון?! "אֲמַר לְהוֹ לָא דַּיּוֹ לְמֵאִיר לִהְיוֹת שָׁוֶה לְקוֹנוֹ, דְּתָנֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל גָּדוֹל שָׁלוֹם שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָּחֶה עַל הַמַּיִם בִּשְׁבִיל לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", האט רבי מאיר געזאגט: דער אייבערשטער האט געהייסן מען זאל אויסמעקן זיין נאמען אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, איז דאך זיכער אז רבי מאיר'ס נאמען זאל אויסגעמעקט ווערן אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב; זעט מען ווי חשוב עס איז אז עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.


לייג אוועק אלע דיינע נארישע חכמות המדומות און טו צו די זאך; מאך זיך נישט פאר אזא בטלן, אז דיין ווייב איז אנגעשטרענגט מיט די שטוב ארבעט זאלסטו איר העלפן. מיט דעם וואס דו העלפסט איר העלפסטו זיך אליינס; דו טוסט קיינעם נישט קיין טובות נאר פאר זיך. ווייל דורכדעם וואסטו האבן א געזונטע ווייב, א רואיגע ווייב און א פרייליכע ווייב.


עס זענען דא יונגעלייט וואס טוען א גאנצע טובה מיט'ן העלפן אין שטוב, נאכדעם דארפן זיי שוין א באלוינונג פון די ווייב פארן העלפן אביסל, זיי דארפן שוין רשות ארויס צו לויפן פון שטוב פאר'ן העלפן אפאר מינוט. אנשטאט טראכטן: 'די גאנצע ארבעט וואס זי טוט וואלט איך ווען געדארפט טון, נאר געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב א ווייב וואס העלפט מיר גרינגער מאכן די ארבעט, איך דארף באמת טראכטן מיט וואס איך קען באלוינען מיין ווייב פאר'ן מיר העלפן וכו''.


איך בעט דיר נאכאמאל, לייג אוועק דיין פילאזאפיע און העלף איר מיט דיין גאנצע הארץ; שטעל נישט קיין פנים ווי א בטלן און מאך עס נישט אזוי שווער. עס איז שווער ווי לאנג מען האלט נישט דערביי און כל זמן מען וויל שוין ארויסלויפן וכו', אבער אז דו וועסט קוקן אויף די שטוב ארבעט ווי עס איז דיין עול וועסטו שוין פונקטליך וויסן וואס דו האסט צו טון.


דאס וואס דו שרייבסט אז "דו האלסט שוין נאך תפילה" איז געשריבן אן טראכטן. ווייל מען דארף א גאנץ לעבן דאווענען מען זאל האבן שלום בית און וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט'ן ווייב; יעדן טאג דארף מען קומען צום אייבערשטן פון פריש כאילו מען האט נאך נישט געבעטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#220 - ווער איז א גוטער חתן מדריך?
שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן ב"ה, און איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א צו וועלכן חתן מדריך איך זאל גיין. איך הער אלץ ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אז מ'דארף זיך אכטונג געבן פון פאלשע מדריכים, ווי אזוי קען איך אבער וויסן פאראויס ווער ס'איז א גוטער מדריך?


אויך וואלט איך געוואלט הערן הדרכות אויף שלום בית, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן עפעס איבער דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצוקומען צו פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס חומרות מיט פרישות וואס איז אנטקעגן די הייליגע תורה; זיי שטעלן זיך אהער ווי חסידים וכו' ווען באמת זענען זיי פשוט'ע מניוולים, ענדערש זאל מען בכלל נישט גיין צו קיין חתן מדריך ווי איידער אנצוקומען צו זיי.


באמת דארף מען בכלל נישט קיין חתן מדריך; א חתן דארף לערנען די הלכות אין שלחן ערוך יורה דעה סימן קצ"ה, קצ"ו און אביסל סימן קפ"ט צו קענען די חשבונות און אביסל צוגרייטן וכו', אבער דאס וואס מען מאכט שיעורים וכו' איז נאך א וועג ווי אזוי מען קען ארויס ציען געלט פון די עלטערן (אזוי ווי מען טוט מיט בר מצוה בחורים צו לערנען מיט זיי א פשעטל; ווי לאנג נעמט אויס צו לערנען אפאר שורות פון א פשעטל? מערסטנס א שעה צוויי, אבער אויף דעם קען מען נישט בעטן קיין גרויסע געלטער, מאכט מען א שפיל מיט'ן קינד ער זאל קומען נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אלעס וועדליג דאס געלט).


מוהרא"ש זאגט אז איינע פון די סימנים פון א פאלשער חתן מדריך און א פאלזער שלום בית מאכער איז אז ער בעט געלט און אלעס איז געוואנדן אין געלט; פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן, ווייל ער מיינט נישט דיין טובה ער מיינט בלויז זיין געלט; ער וועט זיכער מאכן ארויס צו ציען נאך און נאך געלט פון דיר, ווי לאנג ער וועט טרעפן א צווייטן פון וועמען צו מעלקן; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט בעטן קיין געלט צו העלפן מאכן שלום בית און צו לערנען פאר די חתונה וכו'.


אז דו ווילסט האבן א גוט לעבן זאלסטו שטענדיג געדענקען דעם כלל: "זוך נישט צו זיין גערעכט"; מען ווערט נישט קליין אויב מען פירט נישט אויס און מען ווערט נישט גרויס אויב מען פירט יא אויס, ענדערש "זוך צו זיין קלוג", - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


אויף נאך א זאך זאלסטו אכטונג געבן, אז דו זאלסט שטענדיג רעדן שיין צו דיין ווייב, אפילו אויב זי איז דיר מצער; געב א קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן זי איז דאך דיר מצער?! האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#219 - מעג מען ליינען גוי'אישע ביכער איבער שלום בית?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט אויס די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי, ס'האט מיר שוין געלערנט אסאך אין לעבן.


מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א געוויסע בוך פון א גויטע איבער שלום בית, דער בוך איז געווארן זייער שטארק אויפגעכאפט אין די אלגעמיינע וועלט, אבער אויך אסאך היימישע פרויען פון דא אין ניו יארק זענען געווארן זייער באגייסטערט פון די הדרכה פון דעם בוך.


איך האב נישט געוואלט ליינען דעם בוך, פארוואס זאל איך זיך לערנען פון א גוי ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב, א "מקדש מעט". אבער מיינע חבר'טעס רעדן מיר זייער שטארק צו דאס צו קויפן און ליינען, זיי טענה'ען אז "חכמה בגוים תאמין", איך ווייס נישט אויב דאס מיינט טאקע דאס, און איך ווילן וויסן אויף למעשה אויב ס'איז כדאי צו נעמען השקפה פון גוים אויף שלום בית, אויב ס'איז נישט קעגן די תורה.


און אויך וויל איך פארשטיין פארוואס אזויפיל היימישע ערליכע פרויען, וואס וויל בויען ערליכע אידישע שטיבער, ווערן אזוי שטארק צוצוגעצויגן צו הערן וואס א גוי האט צו זאגן ווי אזוי צו בויען א שטוב.


יישר כח, פון א פרוי וואס וויל בויען אן ערליכע תורה'דיגע שטוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זייער גוט טוט איר אז איר ליינט נישט דעם בוך וואס א גוי'טע האט געשריבן; וואס זאלן מיר טון אז אידישע קינדער זענען אזוי שטארק איינגעזינקען אין גלות, מען לעבט שוין אזויפיל יאר צווישן די אומות העולם וואס דורכדעם כאפט זיך אריין אין אידישע שטובער גוי'שע דיעות.


עס זענען דא זייער שיינע ספרים אויף שלום בית פון ערליכע אידן; עס איז נישט גוט צו ליינען ביכער וואס גוים שרייבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן וואונדערליכע ספרים אויף שלום בית וואס איז שוין דא היינט אויף אפאר שפראכן. אין לשון הקודש איז דא: "אוצר שלום בית", אין אידיש איז דא עטליכע שיינעס ספרים: "מכבד זיין די ווייב"; "מכבד זיין דעם מאן"; "שלום אין שטוב"; "זיך גט'ן איז נישט די עצה"; אזוי אויך איז דא אין ענגליש עטליכע ספרים. דאס זאלט איר ליינען, וועט איר וויסן ווי אזוי צו בויען א ערליכע שטוב.


איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן שטארק מיט אייער ערליכע וועג און איר זאלט נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום בוך וואס קומט פון גוים, און אויך נישט פון אידיש'ע שרייבער'ס אן אן הסכמה פון אן ערליכער רב. פונקט אזוי ווי ווען עס קומט אריינצוברענגען עסן און טרינקען וועט איר נישט אריין נעמען אין שטוב נאר א זאך וואס האט א גוטע הכשר, נאך אסאך מער דארף מען אכטונג געבן ביים ליינען, כדי מען זאל נישט ווערן פארכאפט מיט שלעכטע דעות.


בויט אייער שטוב אויף די וועג פון די תורה נישט אויף חבר'טעס; ווען איר זעט ביי א חבר'טע א מעגעזין וואס זעט אויס אידיש לויפט דאס נישט קויפן. ווען איר וועלט געוויסט ווער דער שרייבער איז וואלט איר אים דאך נישט אריין גענומען אין שטוב, אזוי אויך זאלט איר נישט אריין נעמען זיינע געשריבענע ארטיקלען.


ווען איר האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט דעם ספר תהילים און זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים; שמועסט מיטן אייבערשטן און בעט'ס אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו האבן א ערליכע אידישע שטוב און קענען מגדל זיין מיינע קינדער און אייניקלעך מיט אמונה און יראת שמים".


אין דעם זכות וואס איר האלט אייער שטוב זויבער און ריין, וועט איר זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.

#218 - איז טאקע גוט דער מאן זאל לערנען אינדערהיים?
שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און מיר האבן זייער א גוטע גליקליכע לעבן צוזאמען. הודו לה'.


מיר האבן יעצט געזען א בריוו פונעם ראש ישיבה אז עס איז זייער גוט אז דער מאן זאל לערנען אינדערהיים, און איך האב טאקע שטארק הנאה ווען מיין מאן לערנט אינדערהיים. אבער אייביג ווען ער זעצט זיך לערנען, נעמען מיר זיך שמועסן און פארברענגען און עס ענדיגט זיך נישט אזוי שנעל. און צוליב דעם יאגט מיין מאן נישט אן צו לערנען צופיל.


ברוך ה' אז דאס איז אונזער איינציגסטער פראבלעם, אבער מיר וואלטן געוואלט הערן פונעם ראש ישיבה וואס מ'קען טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז ממש א מחי' צו ליינען אזא שאלה; פון צווישן אלע פראלעמען וואס מענטשן פרעגן - יעדער איינער מיט זיינע שוועריקייטן - ברענגט אזא שאלה אריין פרישע כוחות, הערנדיג אז איר לעבט בשלום און איר פארברענגט אינאיינעם; אזוי זאלט איר ווייטער טון, שמועסן און פארברענגען אינאיינעם.


איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים זיי זאלן לערנען אין שטוב אויפן קול בשעת די ווייב איז פארנומען מיט די שטוב ארבעט, קאכן, באקן, מסדר זיין די שטוב און מאכן די וועש וכו' וכו'. דאס בויט אויף די שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן; ווייל אז מען לערנט תורה אין שטוב ברענגט מען אריין דעם אייבערשטן אין שטוב.


ווען איר וועט זיין פארנומען מיט די שטוב ארבעט דעמאלט וועט אייער מאן לערנען אויפן קול פאר זיך וכו', און ווען איר וועט נישט זיין פארנומען זאלט איר אודאי שמועסן און פארברענגען צוזאמען מיט ליבשאפט און שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#217 - אז א פרוי דארף שערן די האר, איז טאקע אזוי הארב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שווער פאר מיין ווייב צו שערן די האר, אפשר קענט איר שרייבן איבער דעם ענין פון שערן די האר ביי חתונה געהאטע פרויען. איז עס טאקע אזוי הארב, אדער איז עס נאר א תקנה פון די ועד ארבע ארצות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ איר האר נאך איר חתונה; עס איז א סגולה פאר קינדער צדיקים, פאר עשירות און פאר אלעס גוטס. קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דאס וואס מען זעט ביי געוויסע פרויען אז זיי פלעגן גיין אפגעשוירן און שפעטער זענען זיי מחליט צו בלייבן מיט זייער האר וכו'; רוב מאל רעדט זיך דאס פון פרויען וואס זענען אריבער א שווערע יוגנט השם ישמרינו, אדער האט מען זיי געטשעפעט און גע'רודפ'ט אדער אויסגענוצט וכו' רחמנא לצלן, און אלץ רעזולטאט זענען זיי זייער צעקלאפט אינעווייניג, דערפאר טוען זיי דאס און זיי טוען זיך אן נישט בצניעות מיינענדיג אז דאס וועט זיי מאכן שפירן גוט.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי, אז מען זאל נישט צופיל פארלאנגען זי זאל זיך אפשערן ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, מען דארף שיין רעדן איבער דאס גרויסקייט דערפון באופן כללי - נישט דירעקט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין דיין ווייב; מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן.


דא האסטו א תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִּיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקַייט אִין מַיין וַוייבּ זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשֹׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער ס"מ זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, יֶעדֶעס מָאל אִיךְ רֶעד צוּ מַיין וַוייבּ וֶועגְן אִירֶע הָאר וֶוערְט זִי בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן זִי וִויל נִישְׁט הֶערְן וָואס אִיךְ זָאג אִיר. אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן, פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִּי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקַייט, זִי וֵוייסְט פָּשּׁוּט נִישְׁט דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִּיר מַיין זִיסֶער בַּאשֶׁעפֶער: "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִּי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".


וויסן זאלסטו אז אויף די וועלט דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויף די ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט. געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער; מיט תפילה וועסטו אלעס פועל'ן.


א ליכטיגן חנוכה.

#216 - וואס טו איך אז מיין מאן פילט אן די הויז מיט אינטערנעט?
שלום בית, צניעות, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער פארווייטאגט איבער מיין לעבן. איך קום פון א ריינע אפגעהיטענע שטוב בקדושה וטהרה, ווייט פון טעכנעלאגיע און אן קיין שייכות צו אינטערנעט און דאס גלייכן, ווידער מיין מאן קומט פון מער אן אפענע מאדערנע שטוב, מיט אינטערנעט.


מיין מאן האט געעפנט א ביזנעס, און ער האט לכבוד דעם אריינגעברענגט אין שטוב א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, דערנאך האט ער צוגעקויפט אויך א טעבלעט און א סמארטפאון. איך האב אים געבעטן מיט טרערן אין די אויגן ער זאל עס ארויסנעמען פון שטוב, איך האב גערעדט צו רבנים, אבער גארנישט האט געהאלפן.


פון די אנדערע זייט פאדערט ער פון מיר איך זאל זיך אנטון מאדערן, רעש'יג, און נישט צניעות'דיג, ער זאגט קלאר און אפן אז ער וויל איך זאל זיך אנטון ווי זיינע חברימ'ס ווייבער, ער לאזט מיר נישט פרעגן קיין רבנים, און וויפיל איך טו פאר אים איז נישט גענוג.


ווי ס'זעט מיר אויס וועל איך אזוי נישט קענען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, איך בין זייער פארווייטאגט און איך זע נישט קיין אויסוועג. אפשר וועט איר זיין דער ריכטיגער שליח מיר ארויסצוהעלפן, אדער כאטש קלאר מאכן ווי אזוי איך דארף זיך פירן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך מוז אייך זאגן אפן און קלאר אז איר געפינט זיך אין זייער א גרויסע צרה; עס איז נישט דא קיין וועג מען זאל קענען אויפשטעלן ערליכע דורות מיט א קאמפיוטער אין שטוב וואס איז מחובר צום אינטערנעט רחמנא לצלן. וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דעם חומר הענין פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארט-פאון וכו' - איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור, ווייל ווען מען האט א אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער אן אייפאד, טעבלעט, סמארט-פאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם, ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדען (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער א אייפאד, סמארט-פאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', ער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו, ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם. דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקעלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן. דערפאר טאר מען נישט האבן אין שטוב אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א סמארט-פאון.


עס איז מיר זייער שווער אייך צו געבן אן עצה ווייל איך בין נישט דא צו צעברעכן אידישע שטובער, איך בין גרייט צו העלפן אויפשטעלן אידישע שטובער; איר דארפט זיין זייער אפן מיט אייער מאן און אים זאגן קלאר אז אויף דעם וועג ווי ער פירט זיך וועט איר נישט מצליח זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, מען מוז ארויס ווארפן די שמוץ פון שטוב, אז נישט זע איך נישט קיין וועג פאר אייך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵּצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", ווען מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, מען קוקט אויף שמוציגע מאוויס, פאלט מען אראפ אין עבירות; וואויל איז דעם וואס האט שכל און פאלגט וואס אלע ערליכע אידן זאגן, ער האלט זיין שטוב ערליך און ריין, דער וועט זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.


וויפיל בריוון האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געשריבן צו תלמידי היכל הקודש וואו ער בעט זיך מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, אויף אונזערע דורות, און מיר זאלן נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארט-פאון, אייפאד; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט ביי די שיעורים מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אלע כלים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח זיך צו שטארקן נישט צעבראכן צו ווערן און נישט נאכלאזן פון אייער ווילן.

#215 - איך שפיר פארקנעכטעט צו מיין מאן, וואס זאל איך טון?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן, ער ברענגט אהיים געלט פאר אלעס וואס פעלט אויס, אבער עס שטערט מיר אז ער מאכט מיר אסאך משוגע און הייסט מיר טון זאכן אינדערהיים פאר אים וואס איך האב נישט ליב.


מיר האבן טאקע נישט קיין גרויסע קינדער, אבער איך פיל ווי פארקנעכטעט צו אים אז איך מוז זיך אנטון און זיך אויפפירן אינדערהיים פונקטליך לויט זיין געשמאק, און זיך אינגאנצן צושטעלן צו זיינע פארלאנגען.


מוז איך עס טאקע טון? אדער אויב ס'איז א זאך וואס איך מיין ס'איז נישט נארמאל מעג איך אים זאגן אז איך וויל דאס נישט טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נישט אלעס קען מען שרייבן, בפרט ווען מען הערט נישט ביידע צדדים; מיט דעם אלעם וועל איך אייך ענטפערן אין קורצן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; מען דארף וויסן און געדענקען אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די נסיונות זענען זייער גרויס, די פריצות אויפן גאס איז געפערליך און מען קען זייער גרינג דורכפאלן אין הארבע עבירות. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און אייביג זיין גרייט פאר איר מאן; ווען דער מאן זעט אז זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים און איז מיט אים אלעמאל, וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


דאס וואס איר שפירט זיך פארקנעכטעט וכו'; די בעסטע זאך איז אז איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן און אים מסביר וואס באדערט אייך, אז א פאר-פאלק ווילן האבן 'שלום בית' דארף מען זיך ארויס רעדן איינער דעם צווייטן, נישט דער מאן קען באצווינגען די ווייב און נישט די ווייב קען באצווינגען דעם מאן; אויב איר שפירט זיך פארקנעכטעט זאלט איר אים דאס זאגן שיינערהייט, אפשר ווייסט ער פשוט נישט ווי אזוי צו רעדן.


בנוגע וואס ער פארלאנגט פון אייך וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס טוט רצון בעלה, זי איז שטענדיג גרייט פארן מאן וכו', דאס הייסט אן ערליכע פרוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר א מאן"; דארף א פרוי זען אויסצוניצן איר חכמה אויפצובויען איר שטוב.


אין די וועלט איז אנגענומען אז דער מאן דארף זיין דער וואס הייבט אן געבן ליבשאפט פאר די פרוי און דערנאך געבט די פרוי צוריק ליבשאפט, אבער ווען א פרוי נוצט איר שכל וועט זי נישט ווארטן אז דער מאן זאל איר געבן ליבשאפט און ערשט נאכדעם וועט זי צוריק ווייזן ליבשאפט, נאר פארקערט - זי וועט ערשט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#214 - אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק אויף טהרת המשפחה?
שלום בית, קדושה, רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א פרוי פון ארץ ישראל, צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף אלע שיעורים וואס איך הער כסדר און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך האב חתונה געהאט פאר דריי יאר צוריק, און מיר האבן נאכנישט קיין קינדער. עס הערט זיך נישט אזוי סאך, אבער למעשה האבן מיר אנגעהויבן צו גיין צו דאקטורים שוין א האלב יאר נאך די חתונה, און זייט דעמאלט האבן מיר פיל פראבלעמען וכו', און איך דארף חיזוק פאר טהרת המשפחה. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער האט עס געהייסן פאר'ן טובה פונעם מענטש, אבער אין אונזער מצב זע איך נישט וואס די טובה איז, פארוואס פאדערט דאס דער אייבערשטער פון מיר? און ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט צו מזלזל זיין אין די הרחקות וכו'; אז מען היט נישט קיין הרחקות באקומט מען זייער א גרויסער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי איז ארומגעלאפן אין אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה!" האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז זיי האבן נאכגעלאזט אין די הרחקות; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט.


איר ווארט אויף קינדער דארפט איר דאך זכותים, זאג איך אייך צו אז אין זכות וואס איר וועט אפהיטן טהרת המשפחה, איר וועט האלטן אלע הרחקות אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט איר זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


מיר האלטן די תורה נישט ווייל מיר פארשטייען מיט אונזער שכל אז דאס איז גוט, מיר היטן תורה ומצוות ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן; דער הייליגער רבי האט אוועק געמאכט די טעמי המצוות (עיין חיי מוהר"ן, סימן תיא), דער רבי האט געזאגט אז די מצוות זענען העכער פון אונזער שכל און פארשטאנד, און וויפיל טעמים מיר וועלן זאגן אויף די מצוות פונעם אייבערשטן וועלן מיר דאס נישט פארשטיין; מיר דארפן פאלגן דעם רצון השם וואס ער האט אונז געהייסן טון בתמימות ופשיטות, און זיך פרייען אז מיר טוען זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות וואס איר זענט זיך מוסר נפש צו האלטן די הלכות און הרחקות זאלט איר בקרוב זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


איר וועט מיר אודאי מודיע זיין א גוטע בשורה בקרוב.

#213 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן לערנען? פארוואס דארף מען יענעם אוועקמאכן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר אסאך חיזוק אין אמונה און תפלה, די שיעורים זענען זייער געשמאק און לייכט, און עס גייט אריין אין די ביינער.


איך האב ב"ה זייער א חשובער מאן, איך האלט זייער שטארק פון אים, ער איז זייער אן ערליכער און וואוילער מאן, עס באדערט מיר נאר אז ער לערנט נישט קיין תורה.


איך האב פיל געהערט פון אייך פון די חשיבות פון זאגן תורה, איך וואלט זיך אזוי שטארק געפריידט ווען מיין מאן וואלט דאס געטון, איך ווייס אז ער איז אריבער א שווערע תקופה זייענדיג א בחור אין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין חברותות און דעריבער נישט געהאט קיין חשק צו חזר'ן, און ער פלעגט דערפאר באקומען גאר נידריגע צייכענונגען אויף די בחינות, און קען זיין אז דעריבער וויל ער יעצט נישט לערנען.


איך געב אכטונג נישט צו ווערן זיין "משגיח", איך הייס עס קיינמאל נישט גיין לערנען, אבער איך פרוביר ארויסצואווייזן ווי שטארק איך וואלט זיך געפריידט ווען ער וואלט יא געלערנט, יעדעס מאל ער דערמאנט עפעס א תורה'דיגע זאך, אדער ער קוקט עפעס נאך, ווייז איך ארויס א שמחה דערפון, אויך ווען מיר הערן צוזאמען די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א פרעג איך אים וואס ער האלט וועגן דעם, איך האב אבער מורא אים צו זאגן אפן אז איך וויל ער זאל לערנען. אפשר דארף איך דאס יא טון?


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו?


גלייכצייטיג האב איך געוואלט מעורר זיין, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט אוועקמאכן אנדערע רבי'ס און חסידות'ער. אסאך מאל ווען איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א פרעגט א בחור וואס קומט פון אן אנדערע קרייז, און מאכט אוועק יענע קרייז, זאגנדיג וואס באקומסטו פון דיין רבי, טוט מיר דאס זייער וויי. איך באלאנג צו אן אנדערע חסידות, און איך באקום פון מיין רבי חיזוק און עצות פאר'ן לעבן, און אויך בין מחונך געווארן מיט אמונה און אז דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן רעדן צום אים ווי צו א חבר, פון דעסט וועגן בין איך מכבד יעדן איינעם מיט זיין קרייז און שיטה. אויב ברסלב פארקויפט גוטע זאכן, קען מען דאך רעדן בלויז פון דעם, פארוואס פעלט אויס אוועקצומאכן אנדערע?


איך בעט איבער אויב איך האב נישט געשריבן מיט דרך ארץ, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך אינגעלייט און בחורים ווילן נישט לערנען צוליב דעם וואס מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, ווען זיי זעען א גמרא קומט זיי ארויף אלטע ווייטאגן, בזיונות און שפיכות דמים וכו' וואס זיי זענען אדורך אין די יונגע יארן. אבער באמת ווען זיי וואלטן ווען געוויסט ווי זיס די הייליגע תורה איז וואלטן זיי גארנישט געוואלט חוץ תורה, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט וועלן, נאר די תורה".


היות אייער מאן איז דאס אריבער אין זיינע יונגע יארן האט דאס גורם געווען אז ער זאל מער נישט וועלן לערנען. יעצט אז איר ווילט וויסן וואס איר קענט טון ער זאל יא לערנען תורה? אזוי ווי איר טוט יעצט זאלט איר ווייטער טון - ביתר שאת וביתר עוז; איר זאלט אים ווייטער מחזק זיין, מעודד זיין און ארויס ווייזן ווי שטארק איר שעצט זיין לערנען און דאווענען; ווען ער לערנט און דאוונט זאלט איר אים אויפהייבן. דאס וועט מאכן ער זאל לערנען מער און מער.


איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט האבן א שטוב וואס פירט זיך מיט די תורה און אייער מאן און קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט און איר שטייט מיט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיין מאן זאל לערנען, דאווענען און זיין א צדיק; העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן לערנען, דאווענען און זיין ערליכע אידן צדיקים"; אזוי זאלט איר בעטן אן א שיעור מאל, וועט דער אייבערשטער עפענען זיין הארץ און ער וועט לעבן מיט די תורה.


בנוגע פארוואס מען דארף אוועק מאכן וכו'; דער פראגע איז ממש פלאי פלאים... עס איז נישט דא נאך אזא פארשעמטע רבי און פארשעמטע חסידות ווי ברסלב! קיינער וויל נישט אנערקענען ברסלב און א ברסלב'ער חסיד איז צו שאנד און צו שפאט ביי אלע חסידות'ן. ווען מען דערוויסט זיך אז א בחור אדער א אינגערמאן איז אנגעקומען קיין ברסלב הייבט מען אן חוזק מאכן און אים אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט פאר אים, און ווען מען וויל זיך שטארקן מיט וואס מיר זענען זוכה וכו' הייסט דאס אז אונז מאכן אוועק אנדערע?! אז מען לייגט אריין שטארקייט אין פרישע תלמידים זיי זאלן נישט ווערן נתפעל פון לצים און פון די וואס לאכן אפ וכו', דאס הייסט אז מען בויעט זיך אויף אוועק מאכן?!


ווען איינער קומט און ווארפט זיך ארויף אויף מיר און וויל מיך דערווערגן, מעג איך יענעם אראפ ווארפן פון מיר? אדער דא וועט מען אויך שרייען: "פארוואס דארף מען אים אראפ ווארפן?" און "מען ווערט נישט גרעסער אז מען ווארפט יענעם אראפ!" אדער דא פארשטייט יעדער אז איך זוך נישט יענעם אראפווארפן נאר פשוט יענער זאל מיר אפלאזן און מיר לאזן לעבן?!


ברסלב דארף נישט יענעם אוועק מאכן זיך צו בויען, ווייל עס איז נישט דא נאך א רבי וואס האט אזוי פיל סחורה צו פארקויפן ווי דער הייליגער רבי און עס איז נישט דא א פלאץ וואו די תלמידים באקומען פון זייער רבי אזוי סאך ווי די ברסלב'ע חסידים, וואס דער רבי מאכט זיי אליינס פאר גרויסע צדיקים.


מען האט אמאל געפרעגט מוהרא"ש וואס איז די נפקא מינה צווישן ברסלב און אנדערע חסידות'ן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "ביי אנדערע רבי'ס טאנצן די חסידים ארום דעם רבי'ן, אבער אין ברסלב טאנצט דער רבי ארום יעדן חסיד"; דאס איז מורא'דיג מגדיר געווען אין געציילטע ווערטער וואס מען איז זוכה דא ביים הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק, "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין 'גוּטֶער אִיד' כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים, וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן, און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען?!" פארוואס גייט מען צו א רבי? וואס איז א רבי? אז ער קען מיר מאכן פאר א צדיק, אז ער קען מיר צוברענגען צום אייבערשטן, אז ער מאכט מיר לערנען און דאווענען.


אויפן רבי'ן וועט סיי ווי זיין טענות און מחלוקת; דעם רבינ'ס מאמע די צדיקת פייגא איז געווען א בעלת רוח הקודש און זי האט געזען וואס גייט זיין מיט איר הייליג קינד, אירע הייליגע ברודער פלעגן איר רופן "פייג'עלע די נביאת'טע", ווערט דערציילט אז בשעת דעם הייליגן רבינ'ס ברית האט דער רבי'ס מאמע געבעטן איר ברודער דער הייליגער צדיק רבי ר' ברוכל פון מעז'בוז זכותו יגן עלינו: "ברוכ'ל - אזוי האט זי אים גערופן - וואונטש אן פארן קינד אז מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל איר גענטפערט: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים (קוקט נאך אין ספר פעולת הצדיק אות כא)".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז די וועלט זאל שוין אננעמען די לימודים פון רבי'ן, די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די וועלט. דער לימוד וואס דער בעל תפילה האט אויסגעלערנט, ער פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן"; אז עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה אויסער תפילה, ביז מיר ווילן ארויס גיין פון אונזער גלות.

#212 - זאל איך פארן קיין אומאן אום שנה ראשונה?
אומאן, שלום בית, שנה ראשונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שנה ראשונה אינגערמאן, און איך וויל וויסן וואס צו טון וועגן פארן קיין אומאן. מיין ווייב זאגט מיר איך זאל יא פארן, אבער איך מיין אז זי וועט זיין מער פרייליך אויב וועל איך נישט פארן, נאר בלייבן מיט איר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר און דו האסט זוכה געווען צו האבן אן עזר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן.


דיין ווייב האט אמונת חכמים אינעם הייליגן רבי'ן און זי וויל דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן וואס ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן ראש השנה פאר א מתנה און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


אודאי זאלסטו פארן קיין אומאן, אפילו שנה ראשונה; וואס איז בכלל דיין פראגע?!


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן און זאגן דעם תיקון הכללי און באקומען אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט.

#211 - מיין ווייב איז זייער קעגן ברסלב, וואס קען איך טון?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק און שיעורים וואס געבן מיר א טעם אין לעבן יעדן טאג, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג, רעדן צום אייבערשטן, און זיך פארשטיין מיט מיין ווייב, און אזוי ווייטער האט עס מיר געשטעלט אויף די פיס אין אלע הינזיכטן.


איך הער ב"ה די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, אבער איך וואלט זייער געוואלט אריבערקומען אין ישיבה מיטצוהאלטן די שיעורים געהעריג, איך האב געוואלט קומען דאווענען צו אייך אין שול, אבער מיין ווייב איז געפערליך קעגן ברסלב און קעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז נישט צוליב נ-נח'ס און דאס גלייכן נאר ס'איז איר עפעס אריין א נארישקייט אין קאפ און זי וויל נישט הערן פון ברסלב און פונעם ראש ישיבה, וויפיל איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און איר מסביר זיין, וויל זי גארנישט פארשטיין און זי וויל נישט הערן.


שוין אפגערעדט פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה איז בכלל נישטא פון וואס צו רעדן, אבער ווען ס'קומט צו סיי וואס האט שייכות מיט ברסלב ווערט זי זייער נערוועז.


מיין הארץ טראפט בלוט, איך לעב ממש פון א פלאץ, און איך קען נישט אריינגיין דארט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח, יענקל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יענקל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען אלעס פועל'ן אין שטוב, מען דארף נאר האבן צו דעם אסאך סבלנות.


רעד נישט מיט דיין ווייב וועגן ברסלב, רעג איר נישט אויף; דיינע מעשים וועלן מאכן די ארבעט. דו פיר זיך אויף צו איר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט און אזוי ווי מען לערנט אין 'היכל הקדוש' וועסטו זען אז אלעס וועט זיך טוישן לטובה.


יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט ווען מען האט געזאגט אויפן רבי'ן אז דער רבי איז פון די ביטערע כת רחמנא לצלן; דער רבי האט געשריגן און געוויינט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?" רבי נתן האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, 'וואס דארף אנגיין פארן רבי'ן וואס יענער רעדט אויפן רבי'ן? האט ער געזאגט, איז וואס?!' אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט זיין מחלוקת האט ער געזאגט: "איך פארשטיי שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פארן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פארן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע".


בעוונותינו הרבים איז ברסלב זייער א פארשעמטע זאך; אפילו די וואס האלטן אז ברסלב איז גוט און איז מקרב מענטשן האלטן אז דאס איז גוט פארן שכן און פאר א צווייטן אבער נישט פאר זיך און זיכער נישט פאר די אייגענע קינדער. דאס קומט פון אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויף אונז.


מיט תפילה און סבלנות קען מען צו קומען צו אלעס גוטס.

#210 - וויפיל דארף מען תשובה טון? וואס זענען מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, מנהגים, תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און בריוו, ספעציעל פאר די סארט בריוו וואס איז שווער צו ענטפערן ברבים, דאס געבט מיר פיל כח און חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך נעם ארויס אסאך עצות פאר מיין פערזענליכן לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה, און ער האט שוין תשובה געטון און געזאגט תיקון הכללי, דארף ער נאך וויייטער האלטן אין איין תשובה טון אויף דעם? אדער זאל ער אינגאנצן אויפהערן טראכטן פון דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אים שוין זיכער מוחל געווען.


אויך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אין ברסלב געוויסע מנהגים זיך צו פירן ווען מ'ציעט זיך אריין אין א נייע דירה.


א גרויסן יישר כח, יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תשובה איז נישט א זאך וואס מען טוט איין מאל און געענדיגט, נאר מען דארף שטענדיג תשובה טון פונדאסניי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו', אות ג): "וְצָרִיךְ לֶאֱחֹז תָּמִיד בְּמִדַּת הַתְּשׁוּבָה", מען דארף שטענדיג תשובה טון, אזוי ווי שלמה  המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן: "מיין הארץ איז ריין פון עבירות"? דערפאר דארף א מענטש שטענדיג תשובה טון; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה וועסטו זען דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס לעבט זיין גאנץ לעבן מיט תשובה.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך ווי די מענטשן וואס טון תשובה קומען אן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד; דעריבער ציטערט דער ס"מ זייער שטארק פון א מענטש וואס טוט תשובה, ער ווייסט אז אפילו דער מענטש זאל האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאתי, איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוויסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


וועגן דעם רעדט דער ס"מ איין דעם מענטש: "וואס דארפסטו תשובה טון?" "וואס האסטו אז דו וועסט תשובה טון?", אדער זאגט ער פארן מענטש: "דו האסט שוין תשובה געטון, עס פעלט נישט אויס נאכאמאל תשובה צו טון", אלעס נאר ווייל ער האט מורא אז דער מענטש וועט תשובה טון.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און אנהייבן יעדן טאג פונדאסניי תשובה צו טון; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", מען דארף שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, נישט אלט ווערן און טראכטן איך האב שוין תשובה געטון.


דער רבי האט זייער משבח געווען דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט אז דער רבי ר' זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיטן זעלבע ברען צום אייבערשטן; בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.


בנוגע וואס מען זאל טון ווען מען ציט זיך אריין אין א נייע דירה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ, יאֹמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס גייט וואוינען אין א נייע דירה - זאל זאגן די גאנצע תורה און נאכדעם זיך אריין ציען דארט; זע צו לערנען אין שטוב, גיי נישט ביינאכט אין שול, א אינגערמאן וואס וויל באמת לערנען דארף נישט קיין כולל, ער קען זיצן ביי זיך אין שטוב ביינאכט און צופרי לערנען זיינע שיעורים כסדרן (אינמיטן טאג איז נישט כדי צו זיצן אין שטוב), ביז א קורצע צייט קען מען מסיים זיין כל התורה כולה.


אז דו וועסט לערענען תורה אין שטוב וועסטו האבן הצלחה, שלום בית און נחת פון דיינע קינדער; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר מאכן שמחות.

#209 - וואס טוט מען אז איך וויל געבן וואקסינען און מיין ווייב וויל נישט?
שלום בית, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די וויכטיגקייט צו געבן וואקסינען פאר די קינדער, ספעציעל יעצט ווען ס'איז דא אן אויסברוך פון מיזעלס ה' ירחם. אזוי ווי איך בין אין די פעלד פון דאקטעריי, פארשטיי איך און איך ווייס אויך די קריטיש וויכטיגקייט פון דעם, מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז זייער קעגן דעם, זי האט זיך אנגעהערט פון פארשידענע רעדנער אז ס'איז א סכנה צו געבן די וואקסינען, און אז דער גוף דארף קענען אליין זיך קריגן מיט אלע קרענק, און אזוי ווייטער.


איז מיין שאלה אויב ס'לוינט זיך צו ריזיקירן דעם שלום בית און געבן וואקסינען פאר די קינדער הונטער איר רוקן, אן איר רשות? ווי אזוי דארף איך האנדלען אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח, אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר.


א אידישע שטוב דארף זיין געבויט אויף די תורה; אז מאן און ווייב פרעגן יעדע זאך וואס די דעת תורה איז - דעמאלט האט דער שטוב א קיום.


א שטוב וואס פירט זיך נישט מיט דעת תורה ווערט חרוב ביים סוף; כאפ אן א דוגמא וויפיל שטובער ווערן חרוב צוליב דעם וואס מאן און ווייב זענען נישט פאראייניגט ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, דער מאן קומט פון איין סארט שטוב, די פרוי קומט פון גאר אן אנדערע סארט שטוב און ביידע האלטן אז זיי ווייסן און פארשטייען בעסער פונעם צווייטן. מען באשולדיגט זיך כסדר, יעדע פראבלעם וואס מען האט לייגט מען אויפן צווייטן; ווען די פאר-פאלק וואלט ווען געהאט א מורה דרך, א דיין אדער א רב וכו' וואס זאל זיי מדריך זיין ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער וואלטן זיי זיך נישט געקריגט א גאנץ לעבן.


דיין שאלה הייבט זיך נישט אן יעצט בענין וואקסינען - צי דו זאלסט געבן וואקסינען צי נישט, דו האסט נאך צענדליגער זאכן וואס דו האלסט אזוי און זי האלט פארקערט און איר קענט זיך נישט אויסקומען וכו'; איז די בעסטע זאך אז ביידע פון אייך זאלן אננעמען וואס אייער רב זאגט, אזוי וועט איר זיך נישט דארפן קריגן א גאנצן טאג, איר וועט לעבן בשלום ובשלוה.


איך שרייב דיר נאכאמאל וואס דער רבי האט געזאגט און וואס מוהרא"ש האט געהאלטן; דער רבי האט געזאגט: אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער, גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא, עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס, און ווער עס געבט נישט קיין שאטס פאר די קינדער איז א רוצח (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מיר ווייסן אז דער רבי האט זייער געווארנט מען זאל אכטונג געבן פון דאקטורים וכו' (עיין שיחות הר"ן, סימן נ); מיט דעם אלעם האט ער געהייסן אז מען מוז געבן פאר יעדעס קינד שאטס.


דאס האט דער רבי נאך געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק ווען די מעדעצינען זענען נאך נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט; דערפאר טאר מען נישט זיין קיין אויבער חכם, נאר מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן און געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות און שלעכטע קרענק. ליידער זענען דא מענטשן וואס ווערן פארפירט פון נארישע מענטשן וואס האלטן דרשות וכו' און מען דערשרעקט עלטערן אז מען זאל נישט גיין צו דאקטורים וכו', מען שרעקט אן מענטשן אז מען זאל נישט געבן קיין שאטס פאר די קינדער וכו'.


וואויל איז דער מענטש וואס לייגט אוועק זיין שכל און פאלגט וואס די תורה זאגט בתמימות ופשיטות.

#208 - איך בין נישט גענוג צופרידן פון מיין ווייב, איז דא אויף דעם אן עצה?
שלום בית, קדושה, לימוד התורה, מאוויס, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט אייך אן ערנסטע נושא אין וואס איך דארף הילף. איך האב שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר, איך האב ב"ה א וואוילע גוטע ווייב און מיר האבן א גוטע שלום בית, איך שפיר אבער אז איך בין נישט גענוג צופרידן מיט איר.


שוין פון אלס קינד האב איך געזען נישט אויסגעהאלטענע מאוויס, ס'איז נישט געווען מיין שולד אבער פאקטיש איז עס אזוי געווען, דאס האט מיר געשלעפט צו זען און טראכטן פון שלעכטע זאכן, און איך שפיר אז מיין ווייב קען מיר נישט גענוג באפרידיגן. זי איז בכלל נישט שלעכט, אבער זי איז זייער פארעווע, און איך שפיר אז דאס איז נישט גענוג פאר מיר.


איך האב קיינמאל נישט גערעדט אפן צו מיין ווייב איבער דעם, ווייל איך גלויב נישט אז זי וועט מיר פארשטיין, און איך גלויב נישט אז זי וועט זיך טוישן צוליב דעם. ב"ה אז איך האב נישט געזוכט קיין גליקן אין די פרעמד, איך וויל נישט רואינירן מיין לעבן, אבער איך מוז טרעפן א וועג ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין מיין מצב.


איך האף אז איר וועט זיין דער ריכטיגער שליח מיר ארויסצוהעלפן בעצה ותושיה.


א גרויסן יישר כח, ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען קוקט עקלדיגע מאוויס רחמנא לצלן ווערט דער מח זייער פארדרייט און טראכט שוין נישט ווי עס דארף צו טראכטן; אפגערעדט אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, אפילו מיט זיך אליינס קען מען זיך נישט אן עצה געבן, איין עצה איז דא, פאלגן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות. לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזוי פיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'. אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


איך זאג דיר נאכאמאל: "קיינער קען דיר נישט העלפן, נאר דו אליינס"; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער און עס מקיים זיין, דו וועסט זאגן משניות אפילו אן פארשטיין, וועסטו ארויס קריכן פון דיין שרעקליכן פלאנטער אין וואס דו ביסט אריין געפאלן. כל שכן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, חַ"י חַ"י הוּא יוֹדֶךָ כָּמוֹנִי הַיּוֹם - וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועט דיין ווייב האבן ביי דיר אלע חן פון די וועלט; נישטא קיין שום פלאץ וואו צו טרעפען גליקן - ווי דו רופסט עס, מען קען טרעפן אומגליקן רחמנא לצלן, ווייל אז מען טוט עבירות ווערט מען אומגליקליך. דיין גליק ליגט אין דיין שטוב; דיין ווייב - זי איז דיין גליק, עס איז א שאד אז דיין גלעזער איז דיר אזוי פארשמירט אז דו קענסט איר נישט זען, דיינע אויגן זענען פארשמירט און פארקלעפט און אלס רעזולטאט מיינסטו אז עס איז דא בעסערס, פוץ אויס דיין גלעזער וועסטו זען ווי דיין ווייב האט פאר דיר אלע חן פון די וועלט.

#207 - ווי אזוי קען איך בארואיגן מיין ווייב, וואס ווערט זייער אנגעצויגן פאר יעדן יום טוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א הערליכע רואיגע שטוב ב"ה, פון מיט אמונה פשוטה, ווי אזוי דער אייבערשטער פירט איז, און אפילו ווען ס'קומט א שוועריקייט שטארקט מען זיך אז דער אייבערשטער פירט זיכער אלעס צום גוטן, און דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן אז אלעס וועט אריבערגיין בשלום.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב חתונה געהאט מיט מיין ווייב, זייער א וואוילע פרוי, די שלום בית איז געוואלדיג ב"ה, מ'העלפט זיך און מ'איז איבערגעגעבן איינער צום צווייטן, מיר האבן ב"ה עטליכע ליכטיגע קינדער, און איך שפיר ממש ווי די שכינה רוהט ביי מיר אין שטוב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב נעמט זייער שווער ווען ס'דא אסאך ארבעט אין שטוב, דאס מאכט זיך ספעציעל פאר יעדן יו"ט, זי קען נישט נעמען דעם געדאנק אז ס'גייט קומען אזויפיל ארבעט, זי ווערט געפערליך נערוועז דערפון און איך קען איר ממש נישט בארואיגן, עד כדי כך אז זי קען בכלל נישט הנאה האבן פון א יו"ט, זי קען קוים ווארטן דער יו"ט זאל אריבערגיין און מ'זאל צוריקגיין צום נארמאלן סדר היום.


און דער פראבלעם ווערט גרעסער אז איך האב ממש נישט קיין וועג ווי אזוי איר צו העלפן, אויב שאר איך זיך ארויף די ארבל און נעם זיך העלפן, ווערט זי זייער צעבראכן ווייל דאס מאכט איר שפירן אז זי קען נישט אליין טון די ארבעט, און זי הייסט מיר גלייך אויפהערן. אויב העלף איך נישט און איך מאך זיך נישט וויסנדיג, ווערט זי זייער ברוגז, און מיט רעכט, פארוואס איך פארשטיי איר נישט. אויב רעד איך יא, איך ווייז ארויס מיטגעפיל און איך זאג איר אז איך פארשטיי ווי שווער ס'איז איר ארבעט זיך אפצוגעבן מיט'ן אזויפיל זאכן, מיט קאכן, איינקויפן קליידער, און אכטונג געבן אויף די קינדער,  מאכט דאס איר אויך נישט רואיג אויפ'ן הארצן, זי הויבט אן וויינען און זיך אפרעדן אויף זיך אליין אז זי איז אזוי שלעכט, אז זי קען נישט אנקומען צו טון איר ארבעט ווי עס דארף צו זיין, עס שטערט איר זייער אז איך קען זיך האלטן רואיג אפילו אין אנגעצויגענע מצבים, און זי קען דאס נישט באווייזן.


און דאס איז נישט נאר ממש פאר יו"ט, נאר חדשים פריער קען זי זיך שוין זארגן וואס זי גייט טון ווען ס'גייט קומען יו"ט, אדער אן אנדערע פארנומענע צייט, ווי אזוי וועט זי קענען אניאגן מיט אלעס.


איך מיין אז זי האט ב"ה די כוחות אלעס צו טון, נאכדערצו ווען איך לייג צו א האנט, און מיר האבן נאך הילף אויך פון רוימערקעס, איך מיין אז איר פראבלעם איז נאר אין מח, זי איז ב"ה געזונט און שטארק בגוף ובנפש, נאר ווען ס'קומט צו דעם ענין ווערט איר מח פארקנאקט, און זי קען נישט גלויבן אז זי וועט עס קענען באווייזן.


איך וואלט ווען געדארפט מער אריינברענגען אמונה פשוטה אין שטוב, אז דער אייבערשטער געבט נישט פאר א מענטש א נסיון אדער שוועריקייט וואס ער קען נישט פארנעמען, דארף איך אויך וויסן א וועג ווי אזוי מ'ברענגט אריין אמונה אין שטוב, נישט אז איך בין שוין אינגאנצן אויסגעארבעט מיט א ריינע אמונה, אבער איך שפיר אז ווען איך וועל אריינברענגען מער אמונה אין מיר און אין מיין ווייב, וועט אלעס גיין כשורה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער ווי אזוי דו קענסט בארואיגן דיין ווייב - נאר דורך אמונה.


וויסן זאלסטו אז אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען וואס מענטש ליידן לא עלינו; בפרט גייסטישע פראבלעמען. אלע נערוון, פחדים, דמיונות וכו' וכו' קומט מחמת חסרון אמונה, און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די פשוט'ע ריינע אמונה אלץ מער ווערט מען רואיג און פרייליך, מען לעבט נישט מיט קיין לחץ און מען האט נישט קיין פחדים וכו'.


אויף דיין פראגע ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צו ברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כי כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; ביי אנשי שלומינו איז דער תורה די צוואה פון רבי'ן, דעם תורה 'תקעו תוכחה' האט דער רבי געזאגט דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן (עיין פעלת הצדיק, סימן תתרט).


דער הייליגער רבי - ער לערנט אונז אויס צו האבן אמונה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער מאמע לשון, דאס אליינס ברענגט אמונה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט איינגעבאקן אין אים די אמונה.


די ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, מאך זיך א תפילה אין אידיש: "רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר און פאר מיין ווייב און קינדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיין ווייב זי זאל האבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט, זי זאל נישט ווערן דערשראקן פאר א יום טוב וכדומה"; אזוי זאלסטו בעטן פאר איר זי זאל האבן שטארקע נערוון און נישט צעפאלן ווערן פון אסאך ארבעט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


צווייטנס בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער האבן סבלנות צו דיין ווייב; וואויל איז דיר אז דו רעדסט צו איר שיינע ווערטער און דו בארואיגסט איר. מיין נישט אז דיינע ווערטער טוען נישט אויף ווען דו פרובירסט איר צו מחזק זיין און זי קלאפט זיך נאך אלץ אראפ וכו', ווער נישט פארלוירן ווען זי וויינט צו דיר און זי קלאפט זיך אראפ אז זי קען נישט טון אלע ארבעט וכו'; דו זאלסט איר ווייטער אויסהערן און איר ווייטער מחזק זיין, ווייז איר אז דו פארשטייסט איר - וועט זיך אלעס איבער דרייען.


מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן - בפרט ווען עס קומט צו שלום בית; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף דברים שבינו לבינה וויפיל בענדער ליקוטי הלכות איך האב געשריבן"; ווען א פרוי שפירט ווי איר מאן פארשטייט איר צער און ווייטאג דאס אליינס בארואיגט איר.


דריטנס זאלסט אריין נעמען אין דיר אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס וואס מיר זען אויף דער וועלט איז נאר דער אייבערשטער. דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי און מדבר עס זאל אויס זען ווי עס איז דא א וועלט.


אז דו וועסט האבן א ריינע אמונה וועט דאס ממילא אריין גיין אין דיין שטוב, אין דיין ווייב און קינדער און מען וועט שפירן א אמת'ע רואיגקייט אין שטוב.

#206 - ס'איז דא אנגעצויגנקייט ביי אונז אין שטוב, וואס טוט מען?
שלום בית, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען א פאר פאלק וואס לעבן ב"ה זייער שיין אין זכות פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער מיין מאן האט אסאך נערווען אין שלאף צימער, ווי אזוי קען איך אים העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; יעדע פאר-פאלק וואס נעמען דעם רבי'ן פאר א וועג ווייזער זענען זוכה צו לעבן א חיים טובים, א געשמאקע לעבן. ווען מען קומט אריין אין א ברסלב'ע שטוב זעט מען גלייך אז דא לעבט מען ווי אין 'גן עדן'; מען רעדט שיין איינער צום צווייטן און מען איז זיך מכבד איינער דעם צווייטן.


דאס וואס אייער מאן איז אזוי אנגעצויגן וכו'; דאס קומט פון די חתן שיעורים וואס ער האט באקומען אויף נישט א גוטע וועג. ליידער לייגט מען אריין אין חתנים און אין כלות אסאך שרעק וכו' ביז די גאנצע לעבן ווערט פול מיט נערוון, אנשטאט עס זאל צוגיין מיט אהבה און אחוה, שלום און ריעות, שרעקט מען אן מיט עונשים השם ישמרינו ביז די גאנצע זאך פון לעבן צוזאמען וכו' ווערט אן אנגעצויגענע זאך און אסאך מאל ברענגט דאס צו אז מען זאל זיך צעטיילן השם ישמרינו.


דעריבער זאלט איר גיין צו אן ערליכער איד, ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן מיט ליבשאפט איינער מיטן צווייטן און ארויס קלאפן פון אייך אלע חומרות און פרישות וואס קומט נישט פון די קדושה.


דער הייליגער חתם סופר זאגט (תורת משה קדושים, דבור המתחיל 'קדושים תהיו'): "כִּי יֵשׁ הַרְבֶּה פְּרוּשִׁים בְּחַכְמֵי אוּמוֹת הָעוֹלָם, וְהֵם יוֹתֵר פְּרוּשִׁים מִצַדִּיקֵי יִשְׂרָאֵל", ביי די אומות העולם איז דא אסאך מער פרישות ווי להבדיל ביי די אידישע קינדער, אבער דאס איז נישט קיין קדושה, דאס קומט פון דעם וואס זיי האבן פיינט די וועלט; דעריבער דארף מען אנטלויפן פון די אלע מדריכים וואס זענען מדריך חתנים און כלות צו לעבן מיט חומרות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודות השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל, די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מספק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#205 - האט מוהרא"ש זי"ע געשריבן הדרכות פאר ענינים שבינו לבינה?
שלום בית, חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא פון מוהרא"ש זי"ע הדרכות פאר אינגעלייגט בדברים שבינו לבינה, און אויב יא וואו מ'קען דאס באקומען?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין נושא וואס מוהרא"ש זאל נישט האבן געשריבן דערויף; מוהרא"ש האט געשריבן איבער טויזנט קונטרסים און אן א שיעור ספרים, ועל כולם האט ער געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו במשך זיין לעבן - דאס זענען די פילע בענדער "שאלות ותשובות אשר בנחל". יעדע חודש ווערן געדרוקט נאך בענדער, עס האלט שוין יעצט ביי חלק ק"ע און עס דארף נאך ווערן געדרוקט ביז חלק ר"נ. די פילע בריוו ענטהאלטן עצות און הדרכה אויף יעדע שאלה וואס איז נאר דא און א לעזונג פאר יעדע סארט פראבלעם וואס קען נאר פאסירן.


בהנהגות בינו לבינה וכו' האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט אזוי: "איך קען נישט שרייבן אויף דעם א ספר בפרטיות, ווייל מיינע ספרים קומען אן איבעראל, עס איז 'יד כל אדם ממשמש בו'", אבער אפילו הכי האט מוהרא"ש אלעס געשריבן אין די בריוו, פארשטייט זיך נישט ארויסגעשריבן וכו' נאר בבחינת תן לחכם ויחכם עוד.


מוהרא"ש האט נישט מיט גענומען מיט זיך קיין סודות, אלעס וואס ער האט געהאלטן וכו' האט ער געשריבן אין זיינע ספרים און דאס איבער געגעבן פאר די קומענדיגע דורות, בפרט אין די בריוו, דארט קען מען אלעס טרעפן.


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל; אז עס איז דיר גרינגער אידיש זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די אידישע אשר בנחל, אזוי וועסטו וויסן אויף יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. וואס זאל איך דיר זאגן, "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּה בָהּ!" וואס דו ווילסט וויסן וועסטו דארט טרעפן, און ווען דו דארפסט נאר חיזוק וועט דיר מוהרא"ש מחזק זיין.


אויב דו קענסט נישט טרעפן אין די ספרים גענוי וואס דו זוכסט און זיין א מבין דבר מתוך דבר וכו' איז כדאי דו זאלסט זיך דורך רעדן מיט אן ערליכער איד וואס זאל דיר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן פארפירט פון פארפירערס וואס זענען מדריך אינגעלייט מיט חומרות, און מען דארף וויסן וועם צו פרעגן.


ווען עס קומט צו פרעגן הנהגות אין לעבן, מען זוכט מיט וועם זיך שואל עצה צו זיין, דארף מען זוכן א צדיק וואס האט רחמנות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן כא): "כְּשֶׁתִּרְצֶה שֶׁיִּתְפַּלֵּל עָלֶיךָ אֵיזֶה צַדִּיק, תֵּלֵךְ לְצַדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", ווען דו ווילסט אז א צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטער פאר דיר, זאלסטו אויפזוכן א צדיק וואס איז א רחמנות'דיגער; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן לט): "מוּטָב לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְצַּדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", עס איז בעסער צו זיין מקורב צו א צדיק וואס האט רחמנות; דאס הייסט ער ווייסט און פארשטייט דעם מהות פונעם מענטש, זיינע נאטורן און אלעס וואס ער גייט אריבער וכו', אזוי קען ער מדריך זיין דעם מענטש לויט זיין מצב וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#204 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין ווייב זי זאל מיר לאזן פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה בשום אופן, איך האב איר שוין אלעס מסביר געווען און גארנישט העלפן, אפשר האט איר אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך קען איר איבערצייגן זי זאל מיר לאזן פארן?


יישר כח, יושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ווילסט באמת פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס נאר אין דיר, עס האט גארנישט צו טון מיט דיין ווייב; אז דו וועסט זיך אויפפירן א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דו וועסט זיין אין שטוב א גאנץ יאר און ארויסהעלפן דיין ווייב זיך צו פארען מיט די קינדער, די וועסט רעדן שיין צו איר אזוי ווי אן ערליכער איד רעדט צו זיין ווייב, דאן וועט זי דיר נישט שטערן פון פארן צום רבי'ן, אדרבה זי וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט פארן קיין אומאן זיך אויסבעטן א גוט יאר.


די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש" - דאס זעלבע זאגט מוהרא"ש: - "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז דיין ווייב וועט זען אויף דיר א גאנץ יאר אז דו פירסט זיך אויף ווי א ברסלב'ער חסיד, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און דו לעבסט מיטן אייבערשטן, דאן וועט זי דיר נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן".


א ווייב קען מען נישט אפנארן, די ווייב איז די איינציגסטער מענטש וואס קען גאר גוט איר מאן; עס קומט נישט אריין דא: 'מסביר זיין וואס אומאן איז וכו'', דיינע מעשים פון א גאנץ יאר איז מער ווי טויזנט דרשות און הסברים וואס אומאן איז.


ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד); מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר קדושת הברית - מען זאל האבן א ריינעם מח; אויב האט מען שלום בית, מען לעבט מיט ליבשאפט וכו' דעמאלט האט דער מענטש ריינע מחשבות און ער קען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב, איז מען נישט אפגעהיטן, דאן קען מען נישט זיין קיין ערליכער איד.


תלמידי היכל הקודש וואס פאלגן דעם רבי'ן, ביי זיי קומט די ווייב פאר חברים, די ווייב פארמאגט א חשיבות אין זייערע אויגן, דערפאר האבן זיי נישט קיין אפהאלט פון זייערע ווייבער צו פארן קיין אומאן, אדרבה זיי האבן חיזוק פון שטוב צו פארן צום רבי'ן; אפילו די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיי, מען מאכט חוזק און מען רודפ'ט וכו', וועט די ווייב שטיין מיט איר מאן און אים מחזק זיין.


אויב מען פאלגט נישט דעם רבי'ן א גאנץ יאר וועט די ווייב נישט לאזן פארן קיין אומאן, ווייל כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, אבער נישט ווייל אומאן באדערט איר. עס באדערט איר דעם מאן'ס התנהגות פון א גאנץ יאר, ממילא יעצט ווען עס קומט צו די נושא פון פארן קיין אומאן שפירט זי אז מען וועט איר פארשטיין, 'היתכן, מען פארט אוועק פון שטוב יום טוב וכו'?' דא שפירט זי אז יעדער וועט איר פארשטיין, אירע חבר'טעס, משפחה וכו', ווייל ליידער בעוונותינו הרבים איז דער הייליגער רבי זייער פארשעמט.


מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, יעדער איינער פארט צו זיין רבי אויף ראש השנה, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט נישט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן דריידט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן!"


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן א גאנץ יאר זאג איך דיר צו אז נישט נאר זי וועט דיר נישט מעכב זיין פון פארן, נאר זי וועט דיר גאר מחזק זיין דו זאלסט פארן צום רבי'ן, זי וועט דיר קויפן א טיקעט און דיר מחזק זיין דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#203 - זאל איך מחזק זיין מיין מאן צו לערנען ביינאכט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים, ס'איז פשוט מחיה נפשות.


איך בין פון ארץ ישראל, מיין מאן האט ב"ה א שטארקע חשק צו תורה, ער לערנט כמעט א גאנצן טאג אין כולל, און ער לערנט אויך א כולל אינמיטן די נאכט נאך חצות. אסאך מאל איז אים זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי, און איך וויל וויסן אויב איך דארף אים מחזק זיין אויף דעם.


איך האב אים געזאגט ער זאל ענדערש גיין אין א פארמיטאג כולל, ער טענה'ט אבער אז ס'איז זייער געשמאק צו לערנען ביינאכט ווען ס'איז רואיג און שטיל, למעשה קומט אבער אויס אז ער איז זייער מיד בייטאג, צו שמחות גייט ער כמעט נישט ווייל ער דארף אויפשטיין חצות, און אויב גייט ער יא צו א שמחה בלייבט ער שוין אויף נאכדעם די גאנצע נאכט ווייל ער וויל נישט פארפאסן די כולל.


זאל איך אים מחזק זיין אנצוהאלטן די נאכט כולל, אדער אים פרובירן אפצורעדן דערפון?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זוכה געווען צו האבן א מאן וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבועות ל:): "אֵשֶׁת חָבֵר הֲרֵי הִיא כְּחָבֵר", מען דארף געבן כבוד פאר די ווייב פון א תלמיד חכם פונקט אזוי ווי מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם, ווייל אין איר זכות קען ער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה. אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואספארא גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פארן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה - אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


דעריבער זאלט איר אים ווייטער מחזק זיין ער זאל לערנען די הייליגע תורה; ווען ער וועט זען ווי איר שעצט אים און איר האלט אים חשוב וועט דאס ברענגען ער זאל לערנען נאך מער פלייסיג. ווייל די מערסטע חיזוק באקומט מען פון די ווייב; אז א ווייב קוקט ארויף איר מאן מיט זיין לערנען און זיין אויפשטיין פארטאגס לערנען פלייסיג, וועט דער מאן האבן כח ממשיך צו זיין מיט זיין עבודת השם, דאס געבט כח אויפצושטיין פארטאגס לערנען.


דעריבער אז ער וויל לערנען ביינאכט זאלט איר אים נאר מחזק זיין און שעצן, וועט איר זוכה זיין צו באקומען די געוואלדיגע שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#202 - אונזער קשר איז נישט גוט, וואס טוט מען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לעב גוט מיט מיין מאן, ער איז זייער וואויל צו מיר, ער איז א גוטער מאן, איך האב אבער א פראבלעם בדברים שבינו לבינה, און דאס שטערט אונזער קשר, און ס'ווערט נאר ערגער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רוב פראבלעמען וואס מאכן זיך צווישן מאן און ווייב קומט ווייל מען לערנט מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים. די אלע וואס לערנען מיט חתנים און כלות פרושות און חומרות - זענען עתיד ליתן את הדין; די אלע חומרות האבן נישט קיין שום מקור אין שלחן ערוך, און דאס ברענגט צו אז מען זאל זיך נישט פארשטיין וכו' ביז עס ווערט חס ושלום א גט.


עס איז דא אסאך צו שרייבן אין די ענינים, אבער עס איז זייער שווער צו שרייבן פון דעם מפני הצניעות; די בעסטע זאך וואלט געווען אז איר זאלט זיך פארבינדן מיט אן ערליכע פרוי וואס וועט אייך לערנען ווי אזוי צו לעבן מיט א מאן אן קיין חומרות. זי וועט אייך ווייזן ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט מיט זייערע ווייבער באהבה ואחוה ושלום וריעות, נישט ווי מען פארקויפט פאר אינגעלייט און ווייבלעך.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז שיקן אמת'ע מנהיגים וואס זאלן אונז מדריך זיין מיט די הייליגע תורה, ביז מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות בכלליות, און בפרטיות - יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות.

#201 - איז כדאי צו דערציילן די אייגענע שוואכקייטן פאר די ווייב?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אפן מעג מען זיין מיט די ווייב? מעג מען האבן פון צייט צו צייט אזעלכע סארט אפענע שמועסן, דערציילן איינער פאר'ן צווייטן אייגענע חסרונות, שוואכקייטן אין אידישקייט, און מ'זאל אפמאכן פאר די שמועס, אז מ'גייט ארויסלייגן אלעס וואס מ'טראכט, און קיינער זאל נישט אראפקוקן דעם צווייטן צוליב דעם שמועס?


איך מיין אז דאס קען ברענגען א מורא'דיגע נאנטשאפט איינער צום צווייטן, ס'וועט ברענגען א באקוועמע אפענע קשר עד הסוף. איז דאס אויסגעהאלטן?


יישר כח פאר אלעס, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו דערציילן פאר א צווייטן עבירות - "שוואכקייטן אין אידישקייט" ווי דו ריפסט עס, און זיכער נישט פאר די אייגענע ווייב. עס קען זיך דאכטן אז מען וועט ווערן באקוועם איינער מיטן צווייטן דורכדעם, אבער באמת וועט דאס נאר ערגער מאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "אַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה", מען זאל נישט פארמערן צו רעדן מיט די אייגענע ווייב; שטעלט זיך א קשיא, מיט וועם דען זאל מען רעדן אז נישט מיט די ווייב? זאגט מוהרא"ש (עיין ברטנורא שם), אז די פשט איז מען זאל נישט דערציילן פאר די ווייב קיין שוואכקייטן און קיין שום נעגעטיווע זאכן פון זיך, ווייל ווען די ווייב הערט אז דער מאן איז נישט בסדר אין אידישקייט, אדער זי הערט סתם זיינע שוואכקייטן, הייבט זי אן מזלזל זיין אין אים און דאס ברענגט נאכדעם מחלוקת.


מיט די ווייב דארף מען רעדן נאר גוטע ווערטער; איר מחזק זיין און איר פרייליך מאכן. דערציילן פון זיך פאזעטיווע זאכן ווי מען איז מצליח ברחניות ובגשמיות, גוטע ווערטער וואס מענטשן זאגן אויף דיר וכדומה, אזוי וועט זי דיר אויך ארויף קוקן. חס ושלום צו דערציילן שלעכטע מעשים וואס מען טוט און וואס מען האט געטון, ווייל דאס וועט נאר ברענגען פראבלעמען.


אלע דיינע שוואכקייטן וואס דו גייסט אריבער זאלסטו דערציילן פארן אייבערשטן, פאר מענטשן טאר מען נישט דערציילן עבירות - "שוואכקייטן אין אידישקייט" ווי דו ריפסט עס, אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות לד:): "חָצִיף עָלַי מַאן דִמְּפָרֵשׁ חֶטְאֵיהּ", מען טאר נישט דערציילן עבירות פאר א צווייטן, נאר טון אזוי ווי עס שטייט (תהלים לב, א): "אַשְׁרֵי נְשׂוּי פֶּשַׁע, כְּסּוּי חֲטָאָה", וואויל איז דעם מענטש וואס דעקט צו זיינע עבירות; אבער פארן אייבערשטן איז א מצות עשה צו פארציילן אלעס וואס מען האט געטון – במחשבה, דיבור ומעשה, אזוי ווי דער רמב"ם פסק'נט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): אויף יעדע עבירה וואס מען האט עובר געווען זאל מען זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה. אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד, ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ".


ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל זאגן אזוי: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אז דו זוכסט א וועג צו ווערן נאנט מיט דיין ווייב, וועסטו דאס עררייכן דורכן געבן גוטע ווערטער פאר איר. רעד שיין צו איר, דאס וועט מאכן אז זי וועט דיר ליב האבן. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכל'דיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז'דיגע פנים; אזוי איז אויך מיט די ווייב, ווען דו וועסט שיין רעדן צו דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער וועט זי צוריק רעדן צו דיר שיין און זי וועט דיר געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער. אזוי אויך אז דו וועסט איר העלפן אין שטוב, וועט זי זען אז דו האסט א געפיל פאר איר, און דאס וועט ענק מאכן נאנט איינער מיטן צווייטן.


זע אויך צו לערנען אין שטוב אביסל יעדן טאג; ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט אין שטוב קוקט זי אים זייער ארויף. אפילו דו פארשטייסט נישט קיין לערנען - זאלסטו לערנען אן פארשטיין. דער רבי האט אונז געגעבן א דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער; הייב אן זאגן פרקים משניות און בלעטער גמרא.


אז דו וועסט לערנען אין שטוב דיינע שיעורים און דיין ווייב וועט זען ווי דו לערנסט, און דו וועסט מקפיד זיין צו גיין דאווענען דריי מאל יעדן טאג - שחרית מנחה מעריב, וועט זי דיר ארויף קוקן, זי וועט זיך בארימען מיט דיר און דיר מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.