שאלה אין קורצן ענין
#21 - וואס איז די עצה נישט מורא צו האבן פון די ווילדע אויטאס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, פחדים, צדקה, מזוזה, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הייס ... איך וואוין אין ברסלב ליבערטי און איך לערן אין בית פיגא סקול, איך האב זייער ליב די סקול, יישר כח ראש ישיבה פאר אזא גוטע סקול.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב זייער מורא פון עי טי ווי'ס וואס פארן דורך נעבן מיין הויז, עס מאכט א הויכע גערודער און עס דערשרעקט מיר זייער, איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געוואוינט זיך צו פאר איר גייט ארויס פון שטוב צו לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, וואטש מיך, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונטערהייט", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז דו האסט מיר אהיים געברענגט געזונטערהייט", און געבט א קוש; וועט איר ווערן אפגעהיטן פון פחדים.


אויך זאלט איר לייגן יעדן טאג אין אייער פושקע אפאר פעני"ס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", דורך צדקה גייען אוועק אלע פחדים.


נאך אביסל וועט די שטעטל ווערן אינגאנצן אידיש, עס וועט נישט זיין די אלע זאכן.

#20 - ווען וועל איך שוין האבן א ריינעם מח?
התחזקות, קדושה, סבלנות, תפילות אויף אידיש, תשובה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, האב איך דאס מערסטע געבעטן צו האבן א ריינע מחשבה, צו טראכטן נאר גוטע זאכן, איך האב כמעט נישט געבעטן אויף קיין שום אנדערע זאך אויסער דעם.


ס'איז שוין אריבער עטליכע וואכן פון ראש השנה און מיין הארץ איז צעריסן אויף שטיקלעך, איך וויין ממש ווען איך שרייב די ווערטער, איך בין געבליבן מיט'ן זעלבן שמוציגן מח, איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם הייליגן מח, אבער אלע שמוץ איז געבליבן ביי מיר אין קאפ, וויפיל איך וויין צום אייבערשטן, וויפיל איך האב געוויינט צום רבי'ן אין אומאן, איז אבער אלעס געבליבן ביים אלטן. ווי לאנג וועל איך זיין געבינדען ביים יצר הרע?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן דעם ריכטיגן וועג און מיר מחזק זיין, איך וויל שוין חתונה האבן שוין פון אלס יונגער בחור וויין איך צום אייבערשטן כמעט יעדן טאג אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך, וואס וועט זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער; ערשטנס, וואס מיינסטו, עס גייט אין איין מינוט זיך ארויסרייסן פון די קליפות? אין א קורצע צייט איז מען זוכה זיין צו טהרת המחשבה? דו ווייסט וויפיל מען דארף ווארטן און זיך פלאגן אויף דעם? דו ווייסט וויפיל מען דארף שרייען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן הייליגע געדאנקען? וואס איז מיט דיר? שוין זאלסטו אויפגעבן?!
צווייטנס; דאס אליינס וואס דו ווילסט אזוי שטארק זיין גוט, דו האלסט נישט אויס דיין מצב - דאס האסטו נאר באקומען ביים הייליגן רבי'ן; אז מען ליינט דיין בריוו צעגייט די הארץ, דו שרייבסט: "מיין הארץ איז צעריסן אויף שטיקלעך, איך וויין ממש ווען איך שרייב די ווערטער, איך בין געבליבן מיט'ן זעלבן שמוציגן מח, איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם הייליגן מח, אבער אלע שמוץ איז געבליבן ביי מיר אין קאפ, וויפיל איך וויין צום אייבערשטן, וויפיל איך האב געוויינט צום רבי'ן אין אומאן, איז אבער אלעס געבליבן ביים אלטן. ווי לאנג וועל איך זיין געבינדען ביים יצר הרע?", דאס האסטו זוכה געווען צו באקומען אין אומאן; איך ליין דיינע ווערטער, דאס קען מען נישט שרייבן נאר נאכן זיין אין אומאן ביים רבינ'ס ציון.
דעריבער בעט איך דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך; נעם די ווערטער וואס דו שרייבסט, די בריוו, און זאג די ווערטער פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין הארץ איז מיר צעריסן אויף שטיקער; ראש השנה ביים ציון פון הייליגן רבי'ן די יאר אין אומאן האב איך געבעטן אזוי סאך אויף קדושת המחשבה, איך האב כמעט נישט געבעטן אויף קיין אנדערע זאך אויסער דאס, יעצט איז שוין אריבער אפאר וואכן און מיין הארץ איז מיר צעריסן אויף שטיקער; רבונו של עולם, איך וויין ווען איך זאג דיר די ווערטער, איך ליג אין טינוף, מיין גאנצע מח איז איין שטיק זבל, איין שטיק שמוץ, איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש אויסער טינוף; הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם מח, וואס זאל איך טון? וויפיל איך וויין צו דיר - גארנישט רוקט זיך, עד מתי? ווי לאנג וועל איך זיין געבינדן ביים יצר הרע?!"
טייערער ברודער, לאז נישט אפ די עצה פון הייליגן רבי'ן; גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב א ליידיגע צימער, אדער אין גאס א ליידיגע גאס און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אים שפירן; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, אפילו יאר נאך יאר - וועסטו זוכה זיין צו א ריינעם מח מחשבה. מען דארף האבן אסאך סבלנות פאר דעם, עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף ווארטן און ווארטן ביז מען איז זוכה צו טהרת המחשבה.
קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (עלים לתרופה, מכתב כח) ער שרייבט פאר זיין זון: "וְלֹא אוּכַל לְהִתְאַפֵּק מֵעֹצֶם אַהֲבָתְךָ מִלִּכְתֹב לְךָ מְעַט מִמַּה שֶּׁאָמַרְתִּי בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ הֶעָבַר", ווייל איך האב דיר אזוי ליב קען איך זיך נישט איינהאלטן, איך מוז דיר שרייבן אביסל פון וואס מיר האבן גערעדט דעם פארגאנגענעם שבת, די הייליגע תורה זאגט (בראשית יח, א): "וְהוּא ישֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם", אברהם אבינו איז געזיצן ביים טיר ווען די זון האט געברענט, "יוֹשֵׁב" איז א לשון פון "הַמְתָּנָה וְעַכָּבָה זְמַן רַב", ווארטן; זיך אויפהאלטן א לאנגע צייט, "הַיְנוּ שֶׁאֵין הָאָדָם זוֹכֶה לְהִתְגַּלּוּת אֱלֹקוּת בְּחִינַת וַיֵּרָא אֵלָיו ה', כִּי אִם עַל יְדֵי שֶׁיּוֹשֵׁב וּמַמְתִּין וּמִתְעַכֵּב אֵצֶל פֶּתַח אֹהֶל הַקְּדֻשָּׁה זְמַן רַב", מען קען נישט זוכה זיין צו שפירן און טראכטן נאר פון אייבערשטן - נאר אז מען האט אסאך סבלנות, מען לויפט נישט אוועק, מען ווארט ביים טיר פון די קדושה, "וְאַף עַל פִּי שֶׁבְּתוֹךְ כָּךְ עוֹבֵר עָלָיו מַה שֶּׁעוֹבֵר", און אפילו עס גייט אריבער די גאנצע צייט וואס מען ווארט - וואס עס גייט אריבער, "וַחֲמִימוּת הַיּוֹם, שֶׁהֵם כְּלַל הַתַּאֲווֹת, בּוֹעֵר אוֹתוֹ הַרְבֵּה", עס ברענט די תאוות, מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט, "אַף עַל פִּי כֵן הוּא אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מיט דעם אלעם לאזט מען נישט אפ, מען געבט נישט אויף, "רַק הוּא יוֹשֵׁב וּמַמְתִּין וּמִתְעַכֵּב אֵצֶל הַפֶּתַח יָמִים וּזְמַנִּים רַבִּים, בְּחִינַת וְהוּא יוֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם, וְהָבֵן הֵיטֵב", מען ווארט און מען ווארט א לאנגע צייט, נאר אזוי איז מען זוכה צו וַיֵּרָא אֵלָיו ה'.
טייערער ברודער, וואס זאגסטו צו אזעלכע ליכטיגע ווערטער? דאס איז דאך ממש אזוי ווי קאלטע טרינקען פאר א הייסער דורשטיגער מענטש; בעט איך דיר זייער, ברודער ווארט, אנטלויף נישט, דו גיי אן מיט דיינע הייליגע עבודות, לערן דיינע שיעורים כסדרן; דער רבי זאגט נישט סתם, אז דער רבי זאגט אז דורך תורה און תפילה קומט מען אן צו די גרעסטע מדריגות - איז עס אזוי; אז דו וועסט ווארטן, דו וועסט נישט אנטלויפן - וועסטו זוכה זיין צו אלע מדריגות און אלע קדושות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#19 - איז דאס נארמאל אז איך דארף באדינען מיינע קינדער?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס בעט מיר מיין זון כסדר אז איך זאל טון פאר אים זאכן, אויפהויבן זאכן פאר אים פון דער ערד, אדער אים ברענגען א גלעזל וואסער ווען ער האלט אינמיטן ליינען, און אזוי ווייטער אלע סארט זאכן וואס ער קען אליין טון.


איך טראכט די גאנצע צייט אויב דאס איז נארמאל, אויב ס'פאסט אזוי צו טון, אדער דארף איך אים אויסלערנען אז ס'איז נישט שיין צו בעטן פון א טאטע אזעלכע זאכן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, דאס פילט אן מיט לעבן מיט אזויפיל גוטע זאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? די תורה זאגט נישט: "כַּבֵּד אֶת בִּנְךָ וְאֶת בִּתְּךָ", די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד דיין טאטע און מאמע.


עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן זיי מכבד זיין, פארלאנגען פון די קינדער זיי זאלן זיי באדינען; עס איז זייער וויכטיג דער טאטע זאל בעטן דאס קינד: "ברענג מיר א טרינק" וכדומה; עס איז זייער וויכטיג די מאמע זאל הייסן די קינדער: "הייב אויף דיינע וועש", "הייב אויף די שפילצייג"; אך און וויי פאר די עלטערן וואס לאזן די קינדער הפקר'דיג, עד כדי כך אז זיי באדינען די קינדער.


זייער אסאך מאכן דעם טעות, מען טראכט 'עס פעלט נישט אויס יעצט ווען די קינדער זענען קליין - זיי מחנך זיין, שפעטער ווען זיי וועלן גרויס ווערן דעמאלט גיי איך זיי אויסלערנען וויאזוי מען פירט זיך'; די עלטערן כאפן זיך נישט, ווען די קינדער ווערן גרויס איז שוין נישטא וואס צו טון, דעמאלט שפייען זיי די עלטערן אין פנים.


לערן דיינע קינדער ווען זיי זענען יונג ווי אזוי זיך צו פירן - וועסטו זען נחת פון זיי, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", זיי מחנך דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועסטו האבן מנוחה פון אים, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיר ברענגען נאר נחת.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און וועלן נאר דיר דינען, רבונו של עולם נעם אן מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר און געב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי אזוי קען איך מקרב זיין מיין מאן צו ברסלב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די געוואלדיגע שיעורים, איז מיין לעבן געטוישט געווארן צום גוטן, אין אלע אספעקטן אין לעבן. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וואלט אבער אזוי שטארק געוואלט אז מיין מאן זאל אויך אנהויבן הערן די שיעורים, אז ער זאל אויך האבן דעם גוטן לעבן וואס איך האב באקומען, עס וואלט אים אזוי שטארק געהאלפן. ווי אזוי קען איך מאכן אז ער זאל ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה והתבודדות, נישטא קיין שטערקערע געווער ווי תפילה והתבודדות; בעטס דעם אייבערשטן טאג טעגליך אז אייער מאן און קינדער זאלן זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. אז מען איז מקורב צום צדיק איז דאך אזוי גוט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן נג): "קִרְבַת הַצַּדִּיקִים טוֹב בָּעוֹלָם הַזֶּה וּבָעוֹלָם הַבָּא", זיין נאנט צום צדיק איז גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ווען איר צינדט די שבת ליכט, איר זענט ביי די לעכט מיט א פארדעקטע פנים, דעמאלט איז א צייט וואס די תפילות גייען ארויף אן קיין שטער; אלע הימלען זענען אפן פאר די תפילות פון אידישע פרויען, דעמאלט איז די בעסטע צייט צו בעטן אויף דעם, אז מען זאל זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן פאר אלע אידן, אלע זאלן זוכה זיין מקורב ווערן צום רבי'ן, אלע זאלן האבן די זיסע טעם אין לעבן וואס דער רבי געבט, ער האט זיי געזאגט זיי זאלן זאגן צום אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט די שבת ליכט, איך מאך ליכטיגקייט אין שטוב, אזוי זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, עס זאל שיינען אויף זיי די ליכט פון רבי'ן"; אזוי זאלט איר בעטן פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר די קומענדיגע דורות.


נישטא קיין שום אנדערע עצה אויסער תפילה; וואס מען וויל, וואס מען דארף - קען מען זוכה זיין צו באקומען דורך תפילה. מען דארף אבער אסאך סבלנות, עס גייט נישט איבער נאכט, מען דארף ווארטן מיט געדולד, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - איז נאך דא פאר מיר א וועג ארויסצוקריכן פון שמוץ?
התחזקות, תהלים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.


דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.


דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.


אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.


אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.


ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?


איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.


זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".


טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".


אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.


דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ביז מיין שידוך קומט אן?
שידוכים, סבלנות, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין 23 יאר ב"ה, און איך בין זייער צובראכן געווערן אז איך בין נאכאלץ נישט קיין חתן געווארן.


איך בין געפארן קיין יבנאל צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע, איך האב דארט אויסגעזאגט גאנץ תהילים און איך האב זיך מחזק געווען אז איך וועל זיכער געהאלפן ווערן. איך האב געהערט די שיעור וואס דער ראש ישיבה זאגט אז מען דארף אויסווארטן און האבן געדולד ווייל א ברכה פון א צדיק ווערט מקוים צום סוף, אבער איך האב שוין נישט קיין געדולד צו ווארטן אזוי לאנג, איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן טאג, וואך, און חודש. איך קען נישט מאכן קיין פלענער ווייל איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אפשר וועל איך ווערן א חתן בקרוב, און ווען איך זע אז ס'גייט אריבער נאך א טאג, און א וואך, און א חודש, טראכט איך וואס פאר א טיפש בין איך געווען, איך האב עס יא געקענט מאכן. און אזוי גיי איך אריבער שווערע טעג, איך האב נישט קיין טעם צו גיין ארבעטן, איך דאווען און איך לערן און איך האב שוין נישט קיין כח צו הערן אז נאך איינער איז א חתן געווארן, ספעציעל ווען יענער איז נאך יונגער פון מיר.


איך ווייס נישט וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון וואס פאר א פלענער רעדסטו? וואס וואלסטו געקענט מאכן?! דאווענען און לערנען דארף מען סיי אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס פאר א פלענער וועט צעשטערט ווערן אויב דו ווערסט א חתן.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו קענסט נישט אויסהאלטן צו זיין איינער אליין; די בעסטע עצה איז זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן, די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו - זאלסטו זאגן דעם אייבערשטן. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר שוין ברענגען דיין שידוך, שמועס מיט אים אין דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט; דאס אליינס, דאס בעטן דעם אייבערשטן - וועט דיר געבן כח צו האבן סבלנות. ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף דעם מענטש און געבט כח צו ווארטן ביז די ישועה קומט.


ביז דערווייל, ווילאנג דו האסט נאך נישט דיין שידוך זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום און רש"י ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, אזוי זאלסטו טון וואך נאך וואך. אויך זאלסטו לערנען משניות, זע צו לערנען ח"י פרקים משניות; משניות איז מתקן דעם מענטש, עס רייניגט די נשמה. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא און אויך זאלסטו לערנען הלכה. דאס דארף מען לערנען אלס קינד, אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה. מאך זיך פלענער וויפיל צו לערנען, דאס וועט נישט צעשטערט ווערן אז די ווערסט א חתן אדער אז דו ביסט נאך נישט קיין חתן.


איך בעט דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות, געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך; אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ - זאלסטו זיך אויפהייבן, אז דו ווערסט נכשל אין עבירות, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן - זאלסטו נישט ווערן מיואש, נאר זאלסט תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין א איד"; וויין צו אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט פוגם זיין; וואס טו איך מיט מיינע ביטערע שווערע נסיונות?!


פארליר זיך נישט, דיין ישועה איז שוין זייער נאנט; דו וועסט האבן דיין שידוך בקרוב ממש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - מעג מען אנטון דענים דזשינס קליידער פאר קינדער?
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, קליידער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען, איך האב זייער הנאה.


איך וויל פרעגן וועגן דענים דזשינס קליידער, אויב מ'מעג דאס אנטון פאר בעביס, און וואס טוט זיך אין פאל וואס עס איז נאר דער קאליר פון דענים, דזשינס, און נישט די עכטע סחורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס דארף מען אנטון די קליידער? פארוואס זאל מען נישט אנטון די קינדער איידל?!


איך פארשטיי נישט די שאלה; איר ווילט וויסן אויב מען מעג על פי הלכה? מען קען זאגן אז על פי הלכה איז עס אפשר נישט קיין פראבלעם, די שאלה איז פארוואס זאלן עלטערן וועלן אנטון די קינדער ווי די גוים? וואס איז די תאוה אז די קינדער זאלן אויסקוקן ווי די גוים? עפעס מוז זיין מיט די עלטערן.


דענים און דזשינס איז שיין?! דענים און דזשינס איז בכלל נישט שיין, שיין און זיס איז וואס אידן טוען אן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, כח; מדרש לקח טוב שמות ו, ו) אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין מצרים בזכות וואס זיי האבן זיך נישט אנגעטון אזוי ווי די גוים, בזכות וואס זיי האבן זיך נישט געגעבן נעמען ווי די גוים און אז זיי האבן נישט גערעדט ווי די גוים.


טוט אן אייערע קינדער פשוט, טוט זיי אן איידל, טוט זיי אן אידיש – וועט איר זען נחת פון זיי. בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס וויל איך אנטון מיינע קינדער מיט סטיילס אזוי ווי די גוים גייען? רבונו של עולם וואס איז מיט מיר? העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין גוים און אויף די וואס פירן זיך ווי די גוים; העלף מיר איך זאל זיין ריין. איך וויל זיין אן ערליכער איד, האבן ערליכע קינדער און נאר וועלן גיין ווי די ערליכע אידן".


נעמט א תהילים, זאגט א קאפיטל תהילים מיט הייסע טרערן; בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי בארואיגט איך מיינע גרויסע פחדים?
תפילות אויף אידיש, אמונה, פחדים, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און יעצט איז דא דא א געפערליכע פחד, ס'הערט נישט אויף צו פליען ראקעטן, און מ'דארף כסדר לויפן זיך באהאלטן אין שוץ פלעצער, און דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב אלץ געליטן פון פחדים, אבער יעצט איז עס געווארן פיל שווערער, איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט, איך פרוביר צו געבן צדקה, רעדן צום אייבערשטן, און גלויבן אז אלע פירט דער אייבערשטער נאר צום גוטן, אבער איך בין נאכאלץ פול מיט פחדים און שרעק.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א פחד און א שרעק ווען מען הערט די פייפערס פייפן און מען הערט ווי עס פליען באמבעס, עס איז זייער שרעקעדיג; מיר אין אמעריקע ווארפן זיך פאר שרעק פון די שרעקליכע נייעס אין ארץ ישראל, מיר דאווענען און בעטן פאר אלע אידן זיי זאלן זיין אפגעהיטן.


עס איז זייער שווער אפילו פאר די וואס הערן נישט קיין נייעס; אז מען הערט די פייפערס פייפן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, עס פליען הונדערטער ראקעטן, מען דארף לויפן מיט די קינדער אין די בונקערס - דאס איז זייער שווער.


איך קען דיר שרייבן וואס איך טו ווען איך ווער דערשראקן, איך געב זיך איבער צום אייבערשטן; איך הייב אן חזר'ן מיט מיין מויל אמונה, איך זאג צו מיר הויך אויפ'ן קול: "אלעס איז דער אייבערשטער, גארנישט קען פאסירן מיט מיר נאר אז דער אייבערשטער הייסט, קיינער קען מיר גארנישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר גארנישט גוטס טון, נאר אז דער אייבערשטער זאגט"; די ווערטער בארואיגן מיר, און אז עס גייט אריבער א שטיק צייט און די פחדים לויפן מיר נאך, זאג איך נאכאמאל די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון, עס קען נישט פאסירן מיט מיר קיין שום שלעכטס, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר", די ווערטער בארואיגן מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
שידוכים, התחזקות, קינדער, תפילות אויף אידיש, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צובראכן און איך בין אין זייער א שווערע מצב, סיי אין רוחניות וואס איך הער נישט אויף צו פאלן אין עבירות, און סיי מיט וואס עס גייט אויף מיר אריבער אין שטוב, דער ראש ישיבה קען זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אריבער אויף איינעם וואס די עלטערן גרייטן זיך שוין אפאר יאר זיך צו גט'ן. איך מיין אז פיל עלטערע מענטשן פון מיר זענען נישט אריבער אזויפיל צרות אין לעבן וואס איך בין אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן, און מיר געראטעוועט דאס לעבן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע שרייבן א בריוו פון חיזוק, ס'וועט מיר זייער העלפן און ס'וועט מיר זייער מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער פון קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, קיינער ווייסט נישט וואס די קינדער ליידן; די צער און יסורים וואס די קינדער האבן טאג טעגליך השם ישמרינו.


אין דיין פאל, וואס דיינע עלטערן גרייטן זיך שוין א שטיק צייט זיך צו גט'ן, האב איך איין עצה פאר דיר; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; די עצה וועט דיר געבן כח צו קענען אנגיין אין דיין מצב. גיי אין א ווינקל וואו עס איז ליידיג פון מענטשן און רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, דיין מאמע לשון. דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, זאג אים וואס טוט זיך אין שטוב צווישן דיינע עלטערן, שעם זיך נישט, דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן אלע פרטים, זאג אים אלע דיינע ווייטאגן, דאס וועט דיר געבן כח צו קענען בלייבן שטארק פיזיש און גייסטיש ביז דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן א געזונטע שטוב.


מיין טייערער ליבער ברודער, ליבער חבר; די עצה פון התבודדות, די עצה פון רבי'ן – דאס גייט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מיט די עצה וועט ער אייננעמען די וועלט. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פאלווער"; ער וועט נישט שיסן אויף אלע פעלקער, ער וועט מלחמה האלטן מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען תפילה והתבודדות, ער וועט אויסלערנען די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן אז עס איז נישטא קיין שום אדרעסס צו וועם זיך צו ווענדן, עס איז דא נאר איין אדרעסס: גיין צום אייבערשטן און אים בעטן.


דעריבער בעט איך דיר, נעם די עצה - וועסטו האבן כח צו קענען לעבן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן כח דו זאלסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע נסיונות, דו זאלסט נישט ווערן מיואש, דו זאלסט נישט טון נישט גוטע זאכן.


דא האסטו א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפילו אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך גיי אריבער שווערע צייטן, איך קען נישט נעמען דאס אז מיינע עלטערן קריגן זיך, זיי גייען זיך גט'ן, זיי גייען זיך צעטיילן; איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך האב אזויפיל צער אז מיין שטוב צעפאלט מיר, איך קען נישט זיין פרייליך, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן; דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר אראפ, איך האב ממש נישט קיין כח, איך קען זיך נישט מתגבר זיין.


הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיר נישט, קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער; עס פעלט מיר א טאטע און מאמע וואס לעבן בשלום, עס פעלט מיר עלטערן וואס האבן זיך ליב, עס פעלט מיר א געזונטע שטוב; נאר דו אייבערשטער זעסט מיין הארץ ווי איך ווארט אויף אביסל ליבשאפט, דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך וויל זיין גוט, ווי שטארק איך וויל לערנען און דאווענען, טון מצוות און גוטע זאכן, עס איז מיר אבער אזוי שווער.


העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל קענען זיין פרייליך; געב מיר כוח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע, איך זאל זיך קענען דערהאלטן ביז מיין חתונה, ביז איך וועל אויפשטעלן א שיינע שטוב".


די תפילה זאלסטו זאגן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען אז עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט; דו וועסט שפירן זיכער, דו וועסט נישט זיין פארלוירן, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך פיל זיך ווערטלאז, ווי אזוי שטארק איך זיך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך הער נישט אויף צו פאלן, איך קען נישט עפענען מיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, איך שעם זיך זייער שטארק ווי אזוי איך זע אויס, איך באשולדיג מיך זייער שטארק, און איך ווייס אז איך בין טאקע שולדיג, אבער עס איז שרעקליך שווער זיך ארויסצוזען פון מיין מצב מיט אזעלכע געפילן.


ווען איך פרוביר צו טראכטן פון די גוטע זאכן וואס איך טו, אזוי ווי לערנען א בלאט גמרא אדער מעביר סדרה זיין, גלייב איך נישט עכט אז עס איז עפעס ווערד, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, הארציגער חבר; דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייען אלע אריבער, אלע שפירן דאס וואס דו שפירסט. דאס איז דאך אונזער עבודה אויף די וועלט, זיך צו שטארקן אויף די אלע מלחמות.


דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל ער וויל ארויסנעמען פון אים תענוגים און שעשועים וואס מען קען נישט האבן פון מלאכים. מלאכים האבן נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין דאגות פרנסה, זיי זענען א שטיק פייער, זיי זענען זייער הייליג; דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דעם קליינעם מענטש'ל מיט א ברענעדיגע יצר הרע וואס ווארפט אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דער אייבערשטער וויל זען ווי דער מענטש שטעלט זיך אויף און קומט נאכאמאל צוריק, ער פרובירט וואס ער קען.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְצָת בִּידִיעָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ווער עס ווייסט אביסל וואס איז חשוב ביים אייבערשטן, "הוּא יוֹדֵעַ שֶׁעִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַק שֶׁאֲנַחְנוּ מֵעוֹלָם הַזֶּה הַשָּׁפָל נְגַדֵּל וּנְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ יִתְבָּרַךְ", דער ווייסט אז דער עיקר תענוג ביים אייבערשטן איז ווען מיר אידן פון אזא נידריגע וועלט זאלן אים דינען, "וְזֶהוּ עִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס איז די גרעסטע תענוג און זיסקייט ביים אייבערשטן, אז מיר זאלן אים דינען; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (מוסף ליום כיפור): "וְאָבִיתָ תְהִלָּה מִגּוּשֵׁי עָפָר מִקְּרוּצֵי חֹמֶר", דער אייבערשטער ווערט געלויבט דורך שטיקער בלאטע וכו', "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ שְׂרָפִים וְחַיּוֹת וְאוֹפַנִּים וְעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים שֶׁהֵם עוֹבְדִים אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דער אייבערשטער האט דאך ברענעדיגע מלאכים, מלאכים וואס הייסן חיות, מלאכים וואס הייסן וועגענער, אזויפיל וועלטן וואס דינען דעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן עִקָּר הַתַּעֲנוּג וְהַשַּׁעֲשׁוּעַ שֶׁלּוֹ כְּשֶׁעוֹלָה לְמַעְלָה הָעֲבוֹדָה שֶׁל עוֹלָם הַשָּׁפָל הַזֶּה", דאך האט דער אייבערשטער מער הנאה פון מיר וואס מיר זענען דא אין די וועלט.


טייערער ברודער זיי שטארק, לאז נישט אפ דיינע גוטע מעשים. דו שרייבסט: 'איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד'; דאס דארף דיר נישט צעברעכן, ווייל אויב ביסטו טאקע גארנישט ווערד - איז דאך יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זייער חשוב ביים אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה טוט עפעס גוטס - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אסאך מער פון די וואס זענען נישט אזוי ווייט.


דער צדיק קוקט אנדערש ווי מיר קוקן, דער צדיק זוכט אין יעדן איינעם דאס גוטס; ער טרעפט גוטס אין יעדן איינעם, אפילו אין די ערגסטע מענטשן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות ו): "אֲפִלּוּ אִם אֵין מוֹצְאִין בּוֹ כִּי אִם זְכוּת אֶחָד מִנִּי אֶלֶף", אפילו דער צדיק טרעפט נאר אינעם מענטש א טויזנטסט'ל, א פינטעלע גוטס, "וַאֲפִלּוּ אִם יֵשׁ בְּאוֹתוֹ הַמִּצְוָה וְהַזְּכוּת עַצְמוֹ רֻבּוֹ פְּסֹלֶת וְאֵין בּוֹ כִּי אִם אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבוֹת אֶחָד מֵאֶלֶף בְּאוֹתוֹ זְכוּת עַצְמוֹ", און אפילו אין דעם פינטל אליינס, אין דעם טויזנטסט'ל גוטס וואס דער צדיק האט געטראפן, איז אויך אנגעפילט מיט שלעכטס - מאכט דער צדיק א גאנצע עסק פון דעם און דריידט איבער דעם מענטש ער זאל ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת לב.): "אֲפִלּוּ אִם בְּאוֹתוֹ הַמַּלְאָךְ עַצְמוֹ תְּשַׁע מֵאוֹת תִּשְׁעִים וְתִשְׁעָה חֲלָקִים לְחוֹבָה וְאֶחָד לִזְכוּת, נִצּוֹל גַּם כֵּן", אפילו אינעם מלאך המליץ וואס איז נאר א טויזנטסט'ל, איז אויך דא אין אים אליינס ניין הונדערט ניין און ניינציג סברות צו זאגן שלעכטס אויפ'ן מענטש - ווערט דער מענטש געראטעוועט; זאגט רבי נתן (שם): "צַדִּיק כַּתָּמָר יִפְרָח (תהלים צב, יג)", דער צדיק ווערט אנגערופן תמר, תמר איז א לשון פון תמורה-אויפטוישן, דער צדיק טוישט אויף, ער מאכט פון שלעכט - גוט, ער דריידט איבער אלע מקטריגים - זיי זאלן ווערן מליצים.


חוץ פון דעם, איז דאס נישט אמת; דו ביסט יא ווערד, ביים אייבערשטן ביסטו זייער ווערד; דער אייבערשטער האט דיר זייער ליב, דער אייבערשטער ווארפט נישט קיינעם אוועק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט קיינעם נישט אוועק, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", ער נעמט אן יעדן איינעם, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך אן אין די הייליגע תורה; עפן די הייליגע גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע און העכסטע פלאץ. קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין אין דיר, אז דיין תורה איז גארנישט ווערד; שקר וכזב! די תורה איז יא ווערד, יעדעס ווארט גמרא וואס מען לערנט איז ווערד. די קליפות ציטערן פון די תורה, בפרט פון גמרא, ווייל ווען א איד לערנט א בלאט גמרא פארברענט ער אלע קליפות (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד).


אז דו קענסט נישט עפענען דיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און א געבעט, זאג: "רבונו של עולם, עפן מיר מיין מויל; איך וויל רעדן צו דיר, איך קען נישט רעדן צו דיר; העלף מיר אייבערשטער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון קיין שלעכטע זאכן; וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף צו פאלן! וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף זינדיגן! איך זינדיג אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וואס דאס פארדרייט מיר מיין מח מחשבה, עס מאכט מיר טראכטן אז איך בין שוין פארפאלן.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, מיט שמחה וועל איך זיך קענען מתגבר זיין אויף די נארישע יצר הרע"; אזוי זאלטסו בעטן, און אז דו קענסט נישט בעטן זאלסטו בעטן נאר אויף דעם פרט, אז דו זאלסט קענען רעדן צום איבערשטן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק, דו וועסט אנהייבן נאכאמאל פונדאסניי מיט שמחה דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי פירט מען זיך אין יום החופה?
תפילות אויף אידיש, כלה, יום החופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כלה ברוך ה', און מ'גרייט זיך אויף די חתונה, וויל איך פרעגן וואס מ'דארף טון אין דעם גרויסן טאג פון יום החופה, איז דא עפעס געשריבענע תפילות פאר א כלה אין יום החופה? אדער עפעס אנדערע זאכן וואס צו טון און בעטן אין דעם טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


צו די כלה תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט בלייבט איבער נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים אז מען האט חתונה, און אין די זעלבע צייט בעט מען דעם אייבערשטן אויף ווייטער, מען זאל קענען בויען א פלאץ פאר די שכינה, בויען א בית המקדש, א פלאץ פאר השראת השכינה.


זייער אסאך מאל ווערט מען צעדרוקט פון גרויס דרוק אז מען דארף אריינכאפן אויסצוניצן די צייט; זייער אסאך חתנים און כלות ווערן פול מיט נערוון ביום חופתם פון דרוק אז מען דארף אריינכאפן.


אבער אז מען דאנקט און מען לויבט, מען הערט נישט אויף זאגן: "איך דאנק דיר טאטע, איך לויב דיר פאטער פאר אלע חסד און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר" - דאס מאכט דעם מענטש רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט גיין צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת.

#9 - ווי אזוי הייל איך זיך אויס פון מיינע שלעכטע תאוות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון זעכצן און א האלב יאר און איך דארף זייער וויכטיג הילף אויף א פראבלעם. אלס אינגל האט דער יצר הרע מיך אראפגעווארפן אין פגם הברית פאר בערך א האלבע יאר, און ביז יעצט האב איך אסאך יסורים פון דעם, פחדים וכו', יעצט האב איך אסאך נסיונות במחשבה, בעיקר אין ישיבה, האלב פון מיין כתה קען איך נישט רעדן מיט זיי, איך ווער פארלוירן פאר יעדן שיינעם בחור.


אסאך מאל לויף איך ארויס פון ישיבה און איך גיי אין א בית המדרש לערנען. אפשר איז טאקע בעסער פאר מיר צו גיין אין א בית המדרש לערנען שיעורים כסדרן, אדער אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבלעמען וואס האט מיר שוין האלב קראנק געמאכט.


ברוך ה' איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך ווייס פון די עצה פון התבודדות, וואס דאס ראטעוועט מיך ממש.


א צדיק האט מיר געזאגט אז א מענטש וואס זעט נאר דעם אייבערשטן, האט ער נישט קיין שלעכטע הרהורים, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו מקיים זיין.


און איך בעט דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, געב נישט אויף, עס איז דא א וועג פאר דיר צוריק צו קומען צום אייבערשטן; לייג זיך אריין אין לערנען די הייליגע תורה, דאס איז א מעדעצין פאר די שרעקליכע תאוות.


דער אייבערשטער זאגט: "בָּנַי", מיינע קינדער, "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב אבער באשאפן די תורה, דאס איז א רפואה פאר'ן יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט אנקומען צו דעם יצר הרע'ס הענט, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנט איר נישט קיין תורה וועט איר זיין אונטער אים (קידושין ל.).


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, דו האלסט אין איין פוגם זיין - זאלסטו אנהייבן לערנען תורה. ווייל די איינציגסטע עצה פטור צו ווערן פון דעם יצר הרע וואס וויל אונז אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט - איז דורך די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶּה", אויב דער מנוול, דער יצר הרע - האט דיך אנגעטראפן און דו ווילסט פטור ווערן פון אים, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמֶּדְרָשׁ", גיי אין בית המדרש דאווענען און לערנען; וועסטו פטור ווערן פון אים.


איין זאך בעט איך דיר, זאלסט נישט אויפגעבן; הער אויס דעם הייליגן רבי'ן וואס ער האט געשריגן מיט אן הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!" לאז זיך נישט נאך, טראכט נישט די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע רעדט דיר איין, אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט שוין נישט האבן קיין תשובה; ענדערש הער אויס דעם רבי'ן וואס זאגט דיר: "דו וועסט נאך זיין א צדיק, דו קענסט נאך פאררעכטן; טו תשובה און קער זיך צוריק צום אייבערשטן".


רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו פייניגסט זיך. דערצייל אים ווען עס האט זיך אנגעהויבן, ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן, ווער עס האט דיר מטמא געווען. טענה זיך מיט אים, גיס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ, זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אריין אין א זומפ און איך ווייס נישט די וועג ארויס, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי פארשמירט אין די עבירה, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם. איך קען נישט זיין צווישן מענטשן, איך ווער אזוי משוגע. איך בין אנגעקומען צו די נידריגסטע פלאץ פון אריך אנפין דקליפה, וואו איך גיי און וואו איך שטיי האב איך שווערע נסיונות. העלף מיר, נעם מיר ארויס".


ועל כולם זאלסטו זען צו זיין פרייליך. זע צו הערן כסדר לעבעדיגע מוזיק, ניגונים וואס מאכן פרייליך, נישט קיין שטייטע וויינעדיגע ניגונים, נאר לעבעדיגע ניגונים וואס מאכט טאנצן און שפרינגען.


שמחה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע קליפות, שדים ורוחות רעות. דער רבי זאגט, ווער עס איז פרייליך היט אים דער אייבערשטער אפ פון פגם הברית, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", - איז מער נישטא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך ראטעווען פונעם יצר הרע?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין ישיבה גדולה, איך לערן און איך דאווען און טו אלע מצות, אבער ליידער פאל איך אסאך אראפ אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האב געמיינט אז ס'וועט דורכגיין, אבער דערווייל זע איך אז אפילו ווען איך שטארק זיך פאר א קורצע צייט, פאל איך גלייך נאכאמאל און נאכאמאל אראפ.


וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה, דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.) אז אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, העלפט נישט קיין תשובה, ווער עס זינדיגט אין די עבירה רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן; אבער דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז, ער האט אונז געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, דער רבי הייבט אויף אלע נשמות וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, דער רבי ברענגט זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".


דער רבי געבט אן עצה, מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך - וואס מען גייט אריבער, מען זאל דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט, ווי שטארק די נסיונות זענען און ווי דער יצר הרע ווארפט אראפ; דאס איז התבודדות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די עבודה, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז די העכסטע זאך וואס איז שייך; ווען מען איז זיך מתבודד, מען גייט אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, מען דערציילט דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער; אלע נסיונות, אלע נפילות און אלע איבערגייאכטס וואס מען גייט אריבער - גייען די ווערטער ארויף זייער הויך, דער אייבערשטער נעמט אן די ווערטער, די שמועס, און דער מענטש גייט ארויס פון אלע שלעכטס.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פארליר זיך נישט, געב נישט אויף; דו פון דיין זייט זאלסטו ווייטער פרובירן צו זיין אפגעהיטן און אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ זאלסטו דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר ראטעווען פון די עבירה. רעד צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט, אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע, בעט אים:


"טאטע, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל אזוי שטארק נישט טון די עבירה און אלץ פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל. טאטע איך בין פארלוירן, טאטע איך בין אזוי נידריג, אזוי געפאלן; וואס זאל איך טון? וואס זאל איך מאכן נישט אנצוקומען צו דעם?


הייליגער באשעפער, דו ווייסט וואס טוט זיך אפ אין מיין הארץ, קוק מיין הארץ, זע מיין הארץ ווי איך וויין פון אינעווייניג, זע ווי שטארק איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארליר מיין שכל, איך פארליר מיין דעת, איך בין עובר אויף די שרעקליכע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה וואס חז"ל זאגן אז די עבירה האט געברענגט די מבול. איך ווייס אז אלע צרות אויף די וועלט קומט וועגן מיר, וועגן מיינע חטאים, וואס זאל איך טון? וואס קען איך טון? נעם אן מיין תשובה, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, החזירנו בתשובה שלימה לפניך".


נאך אן עצה איז דא פון רבי'ן, דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית און טוט נעבעך עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיינע עבירות, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאס מיינט מען דיר; ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס האט ער אויך דיר געמיינט, אזוי ווי רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


נעם א משניות און הייב אן לערנען פרקים משניות; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורכלערנען כל התורה כולה. עיין שם.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן וואס דער רבי זאגט, דו וועסט אויף קיינעם נישט קוקן - וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט אלעס פאררעכטן, דו וועסט פטור ווערן פון די ביטערע שווערע נסיונות. איך ווייס אז מען וועט לאכן פון דיר, דו וועסט האבן שווערע מניעות, דו וועסט וועלן געפעלן דיינע חברים, משפחה וכו' וכו', אבער נאר זיך נישט; וואס וועט זיין אז מען וועט לאכן פון דיר? וואס וועט זיין אז מען וועט שפעטן? זיי ווייסן נישט וואס גייט אויף דיר אריבער שטילערהייט, זיי ווייסן נישט ווי שטארק דער יצר הרע פלאקערט; זאלסטו קיינעם נישט אויסהערן, טו וואס דער רבי זאגט וועסטו אנקומען צו די גרעסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אויפצושטיין צייטליך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, שלאפן, התחדשות, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע שרייבט צו איינעם, "איך האב באקומען דיין בריוו וואס דו האסט מיר שוין געשיקט צוואנציג מאל, ס'וואלט געווען בעסער אז אנשטאט מיר צו דערציילן וואס עס גייט אויף דיר דורך, זאלסטו עס ענדערש דערציילן פאר'ן אייבערשטן".


האב איך דאן פארשטאנען אז באמת וואלט בעסער געווען אז אנשטאט איך זאל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך מוטשע זיך אויפצושטיין צייטליך אינדערפרי, וואלט איך עס ווען ענדערש געדארפט דערציילן פאר'ן אייבערשטן.


אבער אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן אז איך זאל שוין מצליח זיין אויפצושטיין אביסל פריער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאקע אזוי, גיי צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט אויפשטיין יעדן טאג און עס גייט דיר נישט; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין דאווענען, לערנען און אים דינען, דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן.


גלייב מיר, די פאר ווערטער וואס דו האסט געליינט אינעם בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט - דאס איז אין קורצן וואס מוהרא"ש האט געוואלט און געטון זיין גאנץ לעבן, אריינברענגען אין אונז מיר זאלן גיין צום אייבערשטן; מיר זאלן לעבן מיט אים, אים אלעס דערציילן און אים בעטן אויף יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז; מיר זאלן וויסן און לאזן וויסן פאר אנדערע אז קיינער קען מיר נישט העלפן, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, נאר דער אייבערשטער; אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר און מיין משפחה איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז נאר פאר מיין טובה, פאר מיין תיקון און פאר מיין עתיד; ווען מען לעבט מיט דעם, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דעמאלט לעבט מען אין גן עדן, דער גאנצער לעבן איז איין שטיק אלוקית.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויפצושטיין דאווענען און לערנען; איך בין אזוי צעבראכן, דאס מאכט איך זאל אריינשלאפן ביז אין טאג אריין, נאכדעם ווער איך נאכמער צעבראכן און איך גיי צוריק שלאפן, ביז איך דאווען נישט און לערן נישט. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך קענען שטארקן אינדערפרי אויפצושטיין לערנען און דאווענען"; אזוי זאלסטו בעטן און בעטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


אז דו שטייסט אויף שפעט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט אפלאזן דעם טאג; הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן מיט א שמחה און געשמאק, נישט גיין צוריק שלאפן און טראכטן 'היינט איז שוין א גע'הרג'עטע טאג, היינט איז שוין נישט קיין טאג וכו'', נאר הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן, כאילו גארנישט וואלט געשען; גיי אין מקוה, לויף אין שול דאווענען און זיי זיך אביסל מתבודד - וועסטו מצליח זיין.


פון איין זייט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן אויפצושטיין פרי, זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו זיין פעלזן פעסט, עס זאל דיר נישט צעברעכן ווען דו שטייסט אויף שפעט; זאלסט האבן עזות דקדושה נישט זיך צו שעמען און טראכטן 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין וכו'', זאלסט האבן עזות דקדושה און זאגן 'פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואס טו איך אז מ'זאגט אפ שידוכים צוליב מיין בארד?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, עבודת השם, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף חיזוק, איך ווייס נישט וואס צו טון, מען האט מיר שוין נאכאמאל אפגעזאגט א שידוך ווייל איך טראג א בארד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן ערב יום כיפור פון רבי'ן, שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן א מעשה. איינער פון רבינ'ס מענטשן איז געקומען צום רבי'ן זאגן אז ער דארף א ברכה, ער איז זייער אפגעשוואכט און ער האט גרויסע יסורים. בשעת ער האט דאס דערציילט דעם רבי'ן איז געווען דארט איינער וואס האט געקענט דעם מענטש, זיינס א חבר, און יענער האט זיך אנגערופן צום רבי'ן: "דער רבי זאל וויסן, אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז ווייל ער גייט אין מקוה, דאס מאכט אים קראנק", האט דער רבי געזאגט: "לָמָה אַתֶּם תּוֹלִים הַכְבָּדַת הַחוֹלַאַת בְּמִצְווֹת", פארוואס זאלסטו צאמשטעלן זיין קראנקייט מיט מצוות? "טוֹב וְרָאוּי יוֹתֵר שֶׁתִּתְלוּ בַּעֲבֵרוֹת", ענדערש זאלסטו דאס אנהענגען אין עבירות (שיחות הר"ן, סימן רצח).


דאס זעלבע זאג איך דיר, פארוואס זאלסטו אנהענגען אז דו האסט נאכנישט קיין שידוך ווייל דו האסט א בארד מיט פיאות? ענדערש זאלסטו תשובה טון, זאלסט זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל אננעמען דיין תשובה, זאלסט פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען בפגם הברית, דעמאלט וועסטו טרעפן דיין שידוך.


נעם די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן. בעט אים איבער, טו תשובה; זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ, דאס וועט צואיילן דיין שידוך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו', אבער אז מען טוט תשובה "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר "דיין שידוך וועט אנקומען" (מציאת הזיווג). איך וועל דיר דא אראפברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים צו מתפלל זיין פאר א שידוך, אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן דעם שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי קען איך האבן א תורה'דיגע שטוב, אז מיין מאן לאזט אפ כולל?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן וויל אינגאנצן אפלאזן די כולל און גיין ארבעטן, ער איז גאר אן ערליכער מיט גאלדענע מידות, מיט א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, אבער ער קען נישט איינזיצן צו אסאך צייט, ער דארף עפעס טון צו די זאך.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי, מיין חלום איז געווען צו האבן א תורה'דיגע הויז, א מאן וואס זיצט און לערנט, און יעצט פיל איך ווי מיין חלום דערווייטערט זיך מער און מער, אפילו ער האט פארגעשלאגן צו גיין ביינאכט אין א כולל ערב, מיין איך אז ס'וועט זיך נישט האלטן לאנג.


וואס איז יעצט מיין תפקיד? זאל איך שטיין שטארק מיט מיר, אדער איז עס פשוט נישט מיין עסק און זאל איך זאל אים לאזן טון וואס ער וויל? ווי אזוי קען איך אים יא געבן די הרגשה צו האבן א "חשקת התורה"?


ס'וועט מיר זייער העלפן צו באקומען א תשובה, צו וויסן אז איך ארבעט נישט לויט מיין אייגענע מיינונג, און אויב ס'קען זיין וואס פריער, ווייל ס'איז אן ענין פון טעג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר ווילט און איר חלומ'ט צו האבן א שטוב פון תורה - דאס איז געוואנדן נאר אין אייך; עס האט נישט מיט אייער מאן, מען קען זיין אין כולל און נישט האבן א תורה שטוב. און פארקערט, מען קען ארבעטן, ברענגען פרנסה - און האבן א תורה שטוב, עס האט נישט צו טון מיט'ן זיין אין כולל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", וואס קענען פרויען טון אז זייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זיי לייגן אריין אין די קינדער פון קליינערהייט א ליבשאפט צו לערנען, מיט דעם זענען זיי זוכה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


וויסן זאלט איר אז אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; א פרוי וואס איר גאנצע לעבן איז תורה, זי רעדט צו אירע קינדער פון תורה, זי פריידט זיך ווען אירע קינדער לערנען, זי הייבט שטענדיג אירע קינדער מיט זייער תורה, זי שעצט תורה און זי וויל תורה - וועלן די קינדער זיין תלמידי חכמים.


אייער תפקיד איז 'זיין געטריי פאר אייער מאן, שעצן און הייבן אייער מאן ווי אזוי ער איז און ווי אזוי ער פירט זיך'; יא כולל נישט כולל, איר דארפט הייבן, שעצן און ארויפקוקן אייער מאן, דעמאלט וועט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", האלטן מיט זיך א מאגנעט איז מסוגל פאר קינדער; מען קען זאגן נאך א פשט, אז מאן און ווייב לעבן אינאיינעם מיט א שטארקע נאנטשאפט אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט צו זיך - דאס איז מסוגל פאר קינדער; קינדער וואקסן אויף געזונט ווען די עלטערן האבן אין זיך מאגנעט, אויב מען זוכט חסרונות איינער ביים צווייטן, מען קריגט זיך און מען שעלט זיך - דעמאלט קען מען נישט מגדל זיין קיין קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן צג): "אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ שֶׁהֵם מְקַלְּלִים אֶת עַצְמָם, אֵין מְגַדְּלִין אֶת בְּנֵיהֶם", מאן און ווייב וואס שעלטן זיך איינער דעם צווייטן - וועלן נישט אויפציען זייערע קינדער.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייער מאן אפילו ער גייט ארבעטן וכו'; איר מעגט אים זאגן ווי שטארק איר האט ליב ווען ער לערנט, אז ער האט א שיעור אין תורה און אז ער האט שייכות מיט אן ערליכן איד וכו', אבער איר זאלט אים ווייטער שעצן אפילו ער גייט ארבעטן.


גוטע קינדער, ערליכע קינדער און תורה'דיגע קינדער איז נישט א זאך וואס מען באקומט גרינגערהייט, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען מען צינדט די שבת ליכט דארף מען אסאך בעטן אויף דעם.


דא האט איר א תפילה וואס צו בעטן ביי די שבת ליכט:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה.


מיין גאנצע שטרעבן איז אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, זיי זאלן זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן יונגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


הייליגער באשעפער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, תלמידי חכמים. איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס טו איך אז די שלעכטע זאכן וואס כ'האב געזען שטערן מיר אין לעבן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מאוויס, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון? איך בין א בחור, און איך בין דורכגעפאלן און געקוקט טריפה'נע זאכן אין די אינטערנעט, כ'האב געזען אויסגעלאסענע און עקלדיגע ווידיאס. די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געקוקט שטערט מיר זייער אינמיטן דאווענען און אינמיטן לערנען.


איך קען צו קיינעם נישט רעדן און פרעגן אן עצה, ווייל איך הייס אן עובד ה' ביי מיינע חברים און מגידי שיעורים, און אויב וועל איך זיי פרעגן, וועל איך פארלירן מיין גוטן נאמען און מ'גייט שרייען אויף מיר שגץ.


ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון די שלעכטע זאכן? און ווי אזוי נעם איך ארויס פון מיין קאפ די שלעכטע מחשבות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו נישט דאווענען און דו קענסט מער נישט לערנען; אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן קען מען נישט דאווענען און לערנען, מען פארלירט דעם טעם פון דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", - דער קען נישט דאווענען, עס קומט אריין אין מחשבה אלע שלעכטע זאכן וואס מען האט געקוקט, עס האלט אין איין מבלבל זיין די אלע בילדער, מאוויס און קליפס רחמנא לצלן, "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", מען קען נישט שפירן א זיסקייט אין דאווענען נאר ווען מען פאררעכט, מען טוט תשובה.


איך האב זייער רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קוקן עבירות. בעפאר דו האסט געקוקט די אלע זאכן איז דיר געווען גוט, האסט געהאט א טעם אין לעבן, ווייל דער וואס היט די אויגן און קוקט נישט קיין עבירות - האט זייער א שיינע לעבן, מען איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, אבער חס ושלום, אויב מען איז מפקר די אויגן, מען קוקט עבירות - דעמאלט טוט זיך אפ די שכינה פונעם מענטש, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועקגיין פון אייך".


בנוגע די אלטע זאכן וואס דו האסט שוין געקוקט, דו ווילסט אן עצה ווי אזוי דאס ארויסצונעמען פון קאפ; נעם די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן. רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געלעגן אין בעט און זיך אנגערופן: "דער עיקר איז, מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי"; דאס הייסט, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית זאל ער זיך נישט מייאש זיין, ער זאל טון וואס יונה הנביא האט געטון ווען ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל, ער האט נישט געוואלט טון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן און צום סוף האט מען אים אריינגעווארפן אין ים און א פיש האט אים איינגעשלינגען, ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן? ער האט דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי".


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע בלאטע, איך האב געקוקט עבירות, אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס און פארדארבענע מאוויס; זייט איך האב דאס געקוקט קען איך מער נישט דאווענען און לערנען, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע, איך קען מער נישט טראכטן, איך טראכט נאר פון שמוץ.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך האב זיך אזוי באנארישט, איך האב דיר נישט געפאלגט, איך בין נאכגעגאנגען דעם יצר הרע, איך האב געקוקט אזעלכע זאכן אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות, איך בין איין שטיק רוח שטות; מיין גאנצע מח מחשבה איז פון די עקלדיגע זאכן, איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


איך האב נישט צו וועם צו רעדן; איך קען זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם ווייל אלע מיינען אז איך בין אן עובד השם, אלע מיינען אז איך בין אן אפגעהיטענער בחור, אלע זאגן אויף מיר שיינע זאכן, אבער איך ווייס דעם ריינעם אמת ווער איך בין, איך בין אזוי פארשמירט, איך בין אזוי שמוציג.


אנא השם! איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל צוריק באקומען מיין מח, איך זאל קענען דאווענען און לערנען; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר כסדר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; לכתחילה זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאס גייט ארויף אויף לימוד משניות; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען אזויפיל מחזק.


איך דארף אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך פאל לעצטנס זייער אסאך ברוחניות, איך פאל אראפ גאר אסאך אין פגם הברית רחמנא ליצלן, איך שפיר ווי איך הרג'ע זיך אליין מיט די אייגענע הענט, איך שפיר ווי איך האב שוין נישט קיין בחירה, איך וויל זיין גוט אבער איך האלט אין איין פאלן.


איך האב געהאט א כשר'ע טעלעפאן, איך האב אבער געקענט בייקומען דעם פילטער, און איך האב דארט ליידער געקוקט זייער שלעכטע זאכן. ברוך ה' אז איך בין פטור געווארן פון דעם, אבער עס ליגט מיר נאך אין מח די שלעכטע זאכן.


יעדעס מאל איך פאל דורך, קומט מיר אריין חרטה געפילן, איך גיי רעדן צום אייבערשטן, אבער איך טראכט צו זיך, 'איך האלט אין איין זינדיגן, און איך גיי נאכאמאל איבערבעטן און רעדן צום אייבערשטן?!'.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין תשובה צו טון, אין אנהויב האב איך פרובירט צו האבן סבלנות צו מיר אליין, אבער ס'איז שוין איבער א האלב יאר וואס איך פאל כסדר. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זוך א פלאץ וואו עס איז שטיל און ליידיג און זיי זיך דארט מתבודד. רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר און ווארפט דיר אראפ, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א רעש עס ווערט אין הימל ווען א בחור וויינט זיך אויס און בעט זיך מיט תחנונים ביים אייבערשטן אז ער וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך; אלע מקטריגים ווערן אויס, אלע קליפות ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ברודער, טו די עצה; גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס בפרטי פרטיות, וואס דו גייסט אריבער, ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ערליך און דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, אפילו דו זעסט נישט קיין וועג ארויס, דער יצר הרע ברענט ווייטער אין דיר - זאלסטו זיין א שטארקער עקשן אין דעם, ווייטער דערציילן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער חבר בתמימות ובפשיטות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, בפרט בחורים וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות; זיי ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך, זיי פאלן אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב די בחורים האבן רחמנות אויף זיך און זוכן זיך א באהאלטענע פלאץ און זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ צום אייבערשטן, זיי וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, היתכן איך האב נישט קיין שידוך? רבונו של עולם איך פאל אראפ אין עבירות וכו' וכו'", זיי שמועסן אלעס אויס וכו' - קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס די תפילה טוט אין הימל.


קוק אריין אין די ווערטער פון הייליגן זוהר וועסטו אביסל פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, דף קצה.) מיר געפונען דריי פסוקים פון תפילה: "תְּפִלָּה לְמֹשֶׁה", "תְּפִלָּה לְדָוִד" און "תְּפִלָּה לְעָנִי", פרעג דער זוהר, "מַאן חֲשִׁיבָא מִכֻּלְּהוּ", וועמענ'ס תפילה איז די חשוב'סטע ביים אייבערשטן? זאגט דער זוהר: "הֲוִי אֵימָא תְּפִלָּה דְּעָנִי", דעם ארעמאן'ס תפילה איז די חשוב'סטע תפילה, "תְּפִלָּה דָּא, קָדִים לַתְּפִלָּה דְּמֹשֶׁה, וְקָדִים לַתְּפִלָּה דְּדָוִד, וְקָדִים לְכָל שְׁאַר צְלוֹתִין דְּעָלְמָא", זיינע תפילות זענען חשוב'ער פון משה רבינו'ס תפילות, פון דוד המלך'ס תפילות און פון די תפילות פון די גאנצע וועלט; פרעגט דער זוהר: "מַאי טַעְמָא", פארוואס איז דער ארעמאן'ס תפילה אזוי חשוב ביים אייבערשטן? "בְּגִין דְּעָנִי אִיהוּ תְּבִיר לִבָּא", ווייל דער ארעמאן בעט מיט א צעבראכענעם הארץ און עס שטייט (תהלים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב", דער אייבערשטער איז נאנט צו צעבראכענע הערצער, דערפאר זענען זיינע תפילות די טייערסטע ביים אייבערשטן.


זאגט דער זוהר ווייטער: "וּמִסְכְּנָא עָבִיד תָּדִיר קְטָטָה בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", דער ארעמאן קריגט זיך מיט'ן אייבערשטן, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אָצִית וְשָׁמַע מִלּוֹי", און דער אייבערשטער הערט אויס זיינע תפילות, זיינע בקשות; "כֵּיוָן דְּצַלֵּי צְלוֹתֵיהּ", ווען דער ארעמאן הייבט אן בעטן דעם אייבערשטן, "פָּתַח כָּל כַּוִּי רְקִיעִין", עפענען זיך אלע טירן און פענסטערס פון הימל, "וְכָל שְׁאַר צְלוֹתִין דְּקָא סַלְּקִין לְעֵילָּא, דָּחֵי לוֹן הַהוּא מִסְכְּנָא תְּבִיר לִבָּא", דער ארעמאן מיט זיין צעבראכענע הארץ שטופט אוועק מיט זיינע תפילות אלע אנדערע תפילות, אזוי ווי עס שטייט "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטוֹף", יעטוף איז א לשון פון צוריק האלטן, "אֶלָּא אִיהוּ עָבִיד עִטּוּפָא לְכָל צְלוֹתִין דְּעָלְמָא, וְלָא עָאלִין עַד דִּצְלוֹתָא דִּילֵיהּ עָאלַת", ווייל זיינע תפילות האלט אפ און שטופט אוועק אלע אנדערע תפילות פון די גאנצע וועלט, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אָמַר, יִתְעַטְּפוּן כָּל צְלוֹתִין, וּצְלוֹתָא דָּא תֵּיעוּל לְגַבָּאי", דער אייבערשטער זאגט, אלע תפילות זאלן ווארטן ביז דעם ארעמאן'ס תפילות קומען ארויף צו מיר, איך דארף נישט קיין בית דין זאל משפט'ן צווישן אונז, "קַמָּאי לִיהֱווּ תַּרְעוּמִין דִּילֵיהּ", איך וויל אליינס הערן זיינע טענות, "וַאֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך אליינס וויל זיין מיט'ן ארעמאן, דער אייבערשטער אליינס הערט צו דעם ארעמאן'ס געבעט, אזוי ווי עס שטייט "וְלִפְנֵי ה' יִשְׁפּוֹךְ שִׂיחוֹ", פאר'ן אייבערשטן אליינס קומען אן זיינע תפילות.


אלע מלאכים פון הימל פרעגן איינער דעם צווייטן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער באשעפטיגט זיך מיט זיין זאך, מיט'ן ארעמאן'ס געבעט, קיינער ווייסט נישט וואס פאסירט מיט די אלע תפילות און די אלע תרעומות, "דְּלֵית תִּיאוּבְתָּא לְמִסְכְּנָא, אֶלָּא כַּד שָׁפִיךְ דִּמְעוֹי בְּתוּרְעָמוּ, קַמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", נישטא קיין בעסערע זאך פאר'ן ארעמאן ווי זיך אויסוויינען פאר'ן אייבערשטן, "וְלֵית תִּיאוּבְתָּא לְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן, וְאוּשְׁדוּ קַמֵּיהּ וְדָא אִיהִי צְלוֹתָא, און עס איז נישטא קיין גרעסערע גליסטונג פאר'ן אייבערשטן נאר ווען ער נעמט אן די געוויין פון א צעבראכענעם הארץ, דעריבער האלט עס אפ אלע תפילות.


זאגט דער זוהר ווען מען קומט צום אייבערשטן מיט א צעבראכענעם הארץ אזוי ווי אן ארעמאן - גייען אלע תפילות ארויף גלייך אן קיין שום שטערונג, "דְּהָא כָּל נְטוּרֵי תַּרְעִין, לָא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיעָאל, כְּמָה דְּשָׁבְקִין לְמִסְכְּנִין, דְּהָא בְּלָא רְשׁוּתָא עָאלִין", אלע מלאכים וואס שטייען ביי די טירן און קוקן אויב די תפילות זענען גענוג חשוב ארויפצוגיין - לאזן אריבערגיין די תפילות פון אן ארעמאן.


דאס איז אלעס ווען א מענטש איז צעבראכן בגשמיות, ער איז אן ארעמאן בגשמיות, עס פעלט אים געלט צו ברענגען ברויט פאר זיך און פאר זיין משפחה וכו' וכו'; זאגט דער הייליגער רבי נתן (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה, אות מג): "מִכָּל שֶׁכֵּן וְכָל שֶׁכֵּן כְּשֶׁמַּתְחִיל הָאָדָם לְרַחֵם עַל עַצְמוֹ וּמַרְגִּישׁ עֲנִיּוּתוֹ וְדָחֳקוֹ בְּמַעֲשִֹים טוֹבִים", ווער רעדט און ווער שמועסט נאך ווען א מענטש הייבט אן רחמנות האבן אויף זיך אויף זיין עכטע ארעמקייט, "וְטוֹעֵן עִם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּמִתְקוֹטֵט עִמּוֹ וּמִתְרָעֵם עָלָיו יִתְבָּרַךְ עַל שֶׁאֵינוֹ מְקָרְבוֹ אֵלָיו וְשׁוֹפֵךְ שִֹיחוֹ וְלִבּוֹ לְפָנָיו עַד שֶׁנִּתְעוֹרֵר בִּבְכִיָּה וְכוּ'", ער טענה'ט צום אייבערשטן פארוואס עס גייט אים אזוי שווער צו זיין אן ערליכער איד, ער גיסט זיך אויס זיין הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער וויינט זיך אויס צום אייבערשטן 'רבונו של עולם, פארוואס ביסטו מיר נישט מקרב צו דיר?' "כַּמָּה וְכַמָּה יְקָרָה תְּפִלָּה זוֹ בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי חשוב און טייער איז די תפילה ביים אייבערשטן, "וְהִיא יְקָרָה מִכָּל הַתְּפִלּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם", דאס איז די חשוב'סטע תפילה פון אלע תפילות, ווייל דער איז דאך א ריכטיגער ארעמאן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז ארעם? נאר דער וואס האט נישט קיין שכל, דער מענטש וואס איז ווייט פונעם אייבערשטן.


ווער רעדט נאך דער וואס זינדיגט און פאלט אראפ אין ביטערע עבירות, ווען אזא איינער קומט צום אייבערשטן און וויינט: "רבונו של עולם, העלף מיר, זיי מיר מקרב צו דיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט"; אזא תפילה איז טייער און באליבט ביים אייבערשטן מער פון אלע תפילות וואס איז דא.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זיך יעדן טאג מתבודד זיין מיט דעם:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט ווער איך נאר מער און מער דערווייטער פון דיר. טאטע זיסער, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי ווייט פארקראכן פון דיר, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים.


הייליגער באשעפער, נעם אן דעם לימוד זכות וואס איך האב אויף מיר; עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך און ריין ווילאנג איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן, איך וויל א ווייב וואס זאל מיך אפהיטן פון שלעכטס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אזוי לאנג אליינס.


חס ושלום, איך נוץ דאס נישט פאר א תירוץ אויף מיינע מעשים, איך ווייס אז איך בין שולדיג, אבער דאך בעט איך דיר היייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל אזוי שטארק זיין ריין און הייליג. דער הייליגער רבי פלעגט נישט וועלן אויפנעמען קיין בחורים, ער פלעגט זיי פארשיקן און זאגן 'קומט צוריק צו מיר מיט א טלית'; איך בעט דיר אייבערשטער, וואס בין איך שולדיג אז מען שיקט מיר אוועק? וואס קען איך טון? איך בין גרייט צו גיין היינט צום חופה, ווען וועט דאס שוין זיין? ווען וועל איך ווערן אן אדם השלם, קענען לערנען און דאווענען און דיר דינען מיט א ריינע מח מחשבה?


איך זאג דיר צו טאטע זיסער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר".


אזוי זאלסטו זיך טענה'ן מיט'ן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט (ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור) עס איז דא א הייליגער מלאך "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין חתונה צו האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (עיין שם).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי שטארקט מען זיך מיט ספיקות אין אמונה?
תפילות אויף אידיש, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, זעכצן יאר אלט, און איך האב אסאך ספיקות און קשיות אין אידישקייט. איך גלייב אין באשעפער, איך רעד אסאך צום אייבערשטן, אבער נאכאלץ בין איך פול מיט קשיות און ספיקות.


וואס קען איך טון צו שפירן דעם אייבערשטן? איך ווייס אז דער אייבערשטער איז דא און ער טוט אלעס, אבער ליידער שפיר איך זייער ווייניג דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צוברעכט זיך נישט פון די ספיקות וכו'; דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער יצר הרע ברענגט אריין ספיקות אין אונז אלעמען, ער לערנט מיט יעדן איינעם חקירות", די עצה געראטעוועט צו ווערן פון דעם איז נאר דורך רעדן צום אייבערשטן; ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען שטארק מיט אמונה, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט אים אזוי קלאר - נאך מער ווי מען זעט א זאך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מו) ווען מען האט קשיות אויפ'ן אייבערשטן, "אֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב, וַאֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׁוֹמֵעַ קוֹלוֹ וּפוֹנֶה לְצַעֲקָתוֹ", ווען מען האט קשיות דארף מען שרייען צום אייבערשטן, ביז דער אייבישטער העלפט מען באקומט א שטארקע אמונה, "קֻשְׁיָא, רָאשֵׁי־תֵבוֹת שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", די אותיות פון "קשיא" איז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", אז מען האט קשיות אויפ'ן אייבערשטן דארף מען שרייען צום אייבערשטן.


דעריבער אז איר האט ספיקות און בלבולים איז דא איין עצה – איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג. איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר; הייליגע באשעפער איך האב אזויפיל בלבולים, איך האב ספיקות אין די אמונה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און קשיות אויף די אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר; דומם, צומח, חי און מדבר - הכל לכל איז עצם עמציות חיות אלוקותו יתברך, עס איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבעלדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם".


אויך זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן אסאך פון אמונה, שטענדיג זאלט איר רעדן פונעם אייבערשטן, אלץ דערמאנען דעם אייבערשטן; ווען מען פרעגט אייך: "וועסט קומען היינט נאכט?" זאלט איר נישט ענטפערן: "יא", נאר ענטפערט: "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט אייך: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפערט: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאס ברענגט אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ מער איז מען זוכה צו דעם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט: 'מיט מיין מויל פארצייל איך פונעם אייבערשטן', "הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה - דאס אליינס איז אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים וועט איר זוכה זיין צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט דעם וואס כ'האב אוועקגעווארפן מאוויס?
תפילות אויף אידיש, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס ראטוועט מיר ממש דאס לעבן.


איך האב לעצטנס געהאט א מעשה אז דער יצר הרע האט זיך אריינגעמישט אין מיר, איך האב באקומען פון איינעם מאוויס וואס איך האב ליידער אנגעפאנגען צו זען, עס איז געווען א תקופה וואס איך בין ממש נישט געווען מיר אליין, דער יצר הרע האט ממש געהערשט אויף מיר.


ברוך ה' אז דער באשעפער האט מיר ליב און ער האט מיר געשיקט די עצות פון רבי'ן און אזוי ארום נאכ'ן וויינען און רעדן אסאך צום באשעפער בין איך צוגעקומען צו קענען אפהאקן קשר מיט די וואס האט מיר געגעבן די מאוויס, און שפעטער האב איך אויך מצליח געווען אלעס אויסצומעקן.


איך שפיר אבער אז איך האב עס נישט געטון מיט'ן גאנצן הארץ, ס'איז נישט חלילה אז איך האב חרטה פאר'ן עס אויסמעקן, איך בין אבער פארט נישט פרייליך מיט דעם, וואס קען איך טון אז איך זאלן קענען שפירן אינגאנצן פרייליך און צופרידן מיט דעם אז איך האב דא מקריב געווען א קרבן פאר'ן באשעפער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ברוכה את לה', געבענטשט זאלט איר זיין אז איר האט אויסגעמעקט די מאווי"ס, איר האט אפגעלאזט די טומאה.


איר דארפט בענטשן גומל פאר די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך אז איר זענט ארויס פון די טומאה; איר וועט קענען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, ברענגען ערליכע אידישע דורות.


וויסן זאלט איר אז מאווי"ס איז זייער א שעדליכע זאך, עס הרג'עט יעדע גוטע חלק פונעם מענטשנ'ס לעבן בגשמיות וברוחניות; אפגערעדט אז עס הרג'עט דאס יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה פונעם מענטש - טוט עס אויך אוועקנעמען דעם פשוט'ן גשמיות'דיגע לעבן, מען ווערט דערביטערט און דעפרעסט.


ווען איר זאלט ווען וויסן ווי שעדליך מאווי"ס איז פאר'ן לעבן, וואלט איר נישט אויפגעהערט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אייך געגעבן די כח ארויסצוגיין פון דעם; איר זענט ארויס פון מצרים, איר זענט ארויס פון די קליפות און צוריק געווארן א מענטש.


מען ליינט אין די מעשה ביכלעך, אמאל איז געווען מעשיות ווי די קליפות, די נישט גוטע - האבן פארכאפט א מיידל, ביז א צדיק איז געקומען און ארויסגענומען די מיידל פון די קליפות, פון די שדים, פונעם גלח; מענטשן מיינען אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא די סארט מעשיות, מען הערט שוין נישט ווי א מיידל איז פארכאפט געווארן ביי די נישט גוטע, עס איז נישט אזוי; די אלע מעשיות גייען נאך היינט אן, די קליפות ארבעטן היינט נאך מער ווי אמאל, מענטשן ווערן פארכאפט טאג טעגליך ביי די קליפות, מען באקומט מאווי"ס פון חברים און חבר'טעס, מען הייבט אן קוקן האלבוועגס ביז מען ווערט פארכאפט און מען ווערט אויס מענטש, נאכדעם לאזט מען אפ שבת, מען הייבט אן מחלל שבת זיין ווייל די מאווי"ס ציט גאר שטארק מיט א מאגנעטישע קראפט, מען האט מער נישט קיין הנאה סתם צו זיצן ביי די שבת'דיגע סעודה, מען לויפט ארויס, מען באהאלט זיך אין שטוב מיט מאווי"ס; אזוי אויך ווען די משפחה פארברענגט, מען האט א גוטע צייט אינאיינעם, שפירט מען ווי מען וויל שוין אוועק גיין, מען וויל שוין צוריק גיין קוקן די דמיונות.


דאס איז פאר מען האט חתונה, נאך די חתונה איז נאך פיל מער ביטער; מען פארלירט די געשמאק צו פארברענגען מאן און ווייב, מען שפירט אלץ ווי מען וויל שוין אוועקגיין פון די מצב און צוריק לויפן צו די מאווי"ס, שפעטער ווען עס קומען קינדער האט מען נישט קיין איין טראפ נערוון און געדולד צו רעדן מיט די קינדער, צו פארברענגען מיט די קינדער.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט א מענטש וואס ווערט באפרייט פון תפיסה? איין זאך, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, יישר כח אז דו האסט מיר ארויסגענומען פון תפיסה", קיינער בענקט נישט צוריק צו גיין אין תפיסה; דאס זאלט איר טון טאג און נאכט, נישט אויפהערן זאגן דעם פסוק פון הלל (תהלים קיג, ז): "'מְקִימִי מֵעָפָר דָּל, מֵאַשְׁפֹּת יָרִים אֶבְיוֹן, יישר כח אייבערשטער האסט מיר אויפגעהויבן פון גארבידזש, פון די מיסט; איך בין געליגן נעבעך אין מיסט און יעצט שפיר איך ווי איך בין ארום גענומען מיט דיר, איך שפיר זיך נאנט צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.