שאלה אין קורצן ענין
#38 - האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?
חובות, ישועות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, צרות, קשיות, פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם די קוראזש צו שרייבן דעם פאלגנדן בריוו, כאטש וואס איז אפשר נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן צו זאגן וואס איך טראכט, אבער דאס איז דאך געווען די גאנצע סיבה פארוואס איך בין אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א, פארוואס איך האב גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר מיין מורה דרך, אז איך זאל קענען רעדן און דערציילן אפנהארציג וואס עס טוט מיר באמת וויי, וואס עס שטערט מיר אין לעבן, און אזוי וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דאס איז וואס האט מיר געפעלט, און פעלט מיר נאכאלץ, איך האב נישט געהאט א טאטע אדער רב מיט וועמען איך זאל זיך קענען אפן דורכרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און יענער זאל מיר קענען העלפן, נישט אלעס פארדעקן און זיך מאכן אזוי ווי אלעס איז גוט און פיין.


און יעצט צום ענין; די חובות, ארעמקייט, נישט האבן גענוג געלט און פרנסה, פירט מיר ממש אראפ פון זינען.


איך זע נישט אז דאס דאווענען מיט מנין אין בית המדרש זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז שחרית מנחה מעריב זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז מעביר סדרה זיין זאל מיר ברענגען פרנסה, סיי א וואך וואס איך בין יא מעביר סדרה און סיי א וואך וואס איך בין נישט מעביר סדרה האב איך סיי ווי אלץ נאר שאדנס און חובות; איך זע נישט אז זיך אנשטרענגען זיך צו היטן די אויגן, אכטונג געבן צו זיין נאר הייליג, זאל מיר ברענגען פרנסה; ארבעטן אויף קדושת הברית, ארבעטן זיך נישט אויפצורעגן, אכטונג געבן אויף מויל, זע איך נישט אז ס'זאל מיר ברענגען פרנסה; נישט אראפנעמען אדער שטיצן די בארד, זעט מיר אויך נישט אויס אז ס'זאל מיר ברענגען צינורות פון פרנסה; און רעדן שיין צו די ווייב, איר מכבד זיין, זיך אנשטרענגען איר צו מאכן פרייליך, ברענגט מיר אויך נישט קיין פרנסה און עשירות.


ביי מיר גייט עס נאר אז אדער גיי איך ארויס ארבעטן אכט ניין שעה א טאג, און דעמאלט לאז איך אינגאנצן אפ מיין עבודת ה', און אפילו דעמאלט וועל איך נישט האבן גענוג געלט פאר די טעגליכע אויסגאבן און צו צאלן חובות; אדער זאל איך ווייטער זאגן תהלים, מאכן התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און דאווענען די דריי תפלות ווי עס דארף צו זיין, אבער אויך בלייבן אנגעזעצט און דעפרעסט, אינגאנצן משוגע ווערן, און ווייטער אן קיין געלט אנצוגיין; א לעבן וואס איז מיר בכלל נישט ווערד.


ווען איך פאל אריין אין דעם פלאנטער פון חובות געלט און פרנסה, איז נישטא קיין שום זאך וואס קען מיר מאכן פרייליך. ווען איך טראכט נאר פון די שמחה וואס מיר ערווארטן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, ווערט מיר נאך ביטער אויפ'ן הארץ, עס וועט מיר נאך שווערער ווערן מיט פרנסה. איך שפיר ממש ווי איך ווער משוגע, איך גיי אראפ פון זינען, און איך האב נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און ווערן פרייליך.


איך ווייס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין צייט צו מיר, און איך פארשטיי עס; ווי עס זעט אבער אויס האט דער אייבערשטער אויך נישט קיין צייט צו מיר כביכול, צו געבן פרנסה בריווח פאר עפעס א פארווארפענער אינגערמאן; האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, מחזק זיין, און ווייזן א וועג ארויס פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


... פארליר זיך נישט, ... בארואיג זיך; א איד טאר נישט אזוי שרייבן, חס ושלום זאגן אז מצוות און מעשים טובים ברענגען נישט קיין גוטס.


ווען א איד טוט מצוות - געבט אים דער אייבערשטער גוטס; דאווענען מיט מנין ברענגט יא פרנסה, שחרית מנחה מעריב ברענגט יא פרנסה, לערנען גמרא און משניות ברענגט יא פרנסה, מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ברענגט יא פרנסה, נישט נאר פרנסה - נאר אלעס, מען לעבט א חיים טובים. היטן אות ברית קודש ברענגט יא פרנסה, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית פארלירט מען די פרנסה. בארד און פיאות ברענגט יא פרנסה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען די פרנסה. רעדן שיין צו די ווייב ברענגט יא פרנסה, עס ברענגט עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ", זייט מכבד די ווייב, "כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן.


אז עס איז דיר ביטער - זאלסטו דאס נישט אנהענגען אין דיינע גוטע מעשים, ענדערש זאלסטו זאגן (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', הייליגער באשעפער קוק מיין פיין, קוק מיין צער, 'וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', און זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד"; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (אגרא דפרקא, אות קכד) ווען א מענטש גייט אריבער א צרה זאל ער זאגן די ווערטער: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי, קוּק צוּ מַיין פַּיין, מַיין פְּלָאג; אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעקְוֶועטְשְׁט, אִיךְ בִּין אַזוֹי אִין צַעַר, וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי אוּן פַארְגֶעבּ מִיר מַיינֶע זִינְד, אִיךְ זָאל נִישְׁט דַארְפְן אַרִיבֶּערְגֵיין אוֹיבְן אִין הִימְל פַּיין פוּן גֵיהִנוֹם".


מוהרא"ש האט אונז דערציילט א מעשה, וואס עד היום לעב איך מיט די מעשה; דאס באגלייט מיר אויף טריט און שריט, איך טראכט שטענדיג פון די מעשה.


דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו - האט געהאט זייער א שווערע דחקות, ער האט נישט געהאט וואס צו עסן, נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל; בנוסף לזה האט ער געהאט א שווערע פרוי, זי האט אים געגעסן די קישקעס, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו עסן מיט שלעכטע ווערטער; טאג און נאכט האט זי אים געזאגט שלעכטע ווערטער. איין טאג איז דער צדיק געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליינס.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'.


טייערער ברודער, אז עס איז דיר ביטער שווער - זאלסטו נישט אפלאזן דיין דאווענען, לערנען און גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:) ווען א מענטש גייט אריבער שווערע ביטערע טעג און ער איז נישט מבטל תורה ותפילה - דאס איז יסורים של אהבה, דאס איז א מזבח כפרה. די הייליגע חכמים דערציילן (שם) רב הונא האט געהאט א גרויסע שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לעיין מר במיליה", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן, האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מי חשידנא בעינייכו", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זיי ווייטער שטארק צו דאווענען מיט מנין, זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, זיי ווייטער שטארק מיט שמירת הברית און געב אכטונג אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


לייג אוועק דיין שאלה און ווארט אויף די ישועה, וועסטו קענען טון וואס אברהם אבינו האט געטון ווען ער האט מגלה געווען דעם אייבערשטן, ער האט געשריגן פאר אלעמען: "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען פרנסה", "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען לעבן", און מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געפרעגט: "וואו איז דיין געלט...?" ער האט געדארפט בארגן פון יעדן איינעם, אבער ער איז ווייטער געבליבן ביים אייבערשטן (בראשית יח, לג): "וְאַבְרָהָם שָׁב לִמְקֹמוֹ", אברהם אבינו איז נישט אוועק פון אייבערשטן.


נאכדעם שטייט (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה מא, ג): "הָלַךְ לִפְרֹעַ הַקָּפוֹתָיו", ער איז געגאנגען באצאלן יעדן איינעם; זאגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו (חתם סופר על התורה פרשת לך לך, דבור המתחיל וילך) חז"ל זאגן אונז דא, אז נישט נאר ער איז געגאנגען באצאלן זיינע חובות, נאר וואו אברהם אבינו איז געווען האט ער צו יעדן איינעם גערעדט פונעם אייבערשטן און ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט געלט, אלע האבן געלאכט פון אים: "וואו איז דיין געלט? וואס רעדסטו אין די לופט וכו'?!" אויפ'ן וועג אהיים האט ער יעדן איינעם געוויזן זיין רייכטום, האבן אלע געזען אז נאר ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט א לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - נאך פאלן פאר אזויפיל יארן, קען איך זיך נאך צוריק כאפן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו הערן אביסל שיעורים און חיזוק פון אייך, עס געבט מיר חשק און ווילן צו זיין אן ערליכער איד, די שיעורים ציען מיר צו תורה און עבודה, יראת שמים און חסידות, עס רעדט צו מיין הארץ און איז מעורר מיין נשמה.


איך וויל זיך אביסל אויסרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אזוי ווי איך מוטשע זיך שוין אזויפיל יארן מיט שווערע איבערלעבענישן, און איך קען זיך נישט בארואיגן, אפשר וועט דער ראש ישיבה מיר קענען עפעס העלפן.


היינט צו טאגס בין איך ברוך ה' א אינגערמאן, מיט א ווייב און עטליכע קינדער, און איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; איך מוז אבער צוריק מישן דעם בלעטל עטליכע יאר צו פארשטיין אין וועלכע גרוב איך בין אריינגעפאלן דורכאויס די יארן.


זייענדיג א קינד אין כתה ז' האט א אינגל פון מיין קלאס אנגעהויבן טשעפען מיט מיר, ער האט געטון מיט מיר עבירות רחמנא ליצלן, און דאס האט ווייטער אנגעהאלטן אריין אין כתה ח', און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער, ער איז מיטגעקומען מיט מיר אין ישיבה קטנה, אבער דארט האט זיך עס נאך מער פארברייטערט צו א גאנצע נעץ פון בעלי עבירה רחמנא ליצלן, פילע וואס זענען געטשעפעט געווארן און דערנאך אנגעהויבן טשעפען אנדערע, עס איז געווען אסאך עבירות דארט ה' ישמרנו.


אין ישיבה גדולה האב איך זיך ערשט געכאפט ווי טיף אין דער ערד איך בין, איך האב זיך אנגעהויבן נעמען אין די הענט אריין ברוך ה', און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צוריק צו האלטן פון די אלע עבירות און נארישקייטן, עס איז מיר געלונגען נאר פאר א ממש א קורצע צייט, אבער דעמאלט בין איך געכאפט געווארן דורך א געוויסע ארגאניזאציע וואס האט מיר געשיקט צו א פסיכיאטאר, וואס ער האט מיר ארויפגעלייגט אויף מעדעצין פאר א שטיק צייט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט, זוכה געווען צו גאר א וואוילע ערליכע פרוי מיט גוטע מידות, איך האב געמיינט אז דא וועט זיך ענדיגן מיינע פראבלעמען, עס האט זיך מיר געדאכט אז נאך די חתונה בין איך שוין פטור געווארן פון מיינע נסיונות, דער יצר הרע איז אבער נישט געגאנגען שלאפן, איך האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, און איך פאל נאך ווייטער כסדר דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אויף א שרעקליכן פארנעם.


נאך די חתונה האב איך טאקע פרובירט צו גיין פאר הילף אויף עטליכע פלעצער, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן. איך בין ווידער געגאנגען צום דאקטער, וואס האט געזאגט אז אין מיין מצב וועט נאר העלפן מעדעצין, און איך האב טאקע גענומען מעדעצין פאר א שטיק צייט און עס האט געהאלפן אביסל, שפעטער האב איך ווידער אנגעהויבן נעמען מעדעצין, אבער ס'האט אויך נאר געהאלפן פאר ווי לאנג איך האב עס גענומען.


יעצט שטיי איך אין זייער א שווערע פלאץ ברוחניות, איך פאל דורך כמעט יעדן טאג, און מיין הארץ וויינט דערויף. איך פרוביר צו טון גוטע זאכן, לערנען א שיעור יעדן טאג, דאווענען שחרית מנחה מעריב, וואס איז געווענליך מיט א קאלטקייט אן קיין געפיל, איך גיי אין מקוה יעדן טאג, און איך פרוביר זיך צוריק צו האלטן פון שלעכטע כלים וואס מ'קען זען אויף זיי שלעכטע זאכן. עס מאכט זיך אבער צומאל אז איך טרעף זיך יא ביי א קאמפיוטער אדער אנדערע כלים אויף וואס איך זע שלעכטע זאכן, און אזוי שלעפ איך זיך מיט מיינע נסיונות און דורכפעלער איינמאל און נאכאמאל, איך קען נישט טרעפן קיין היילונג פאר מיין זעל וואס וויינט אין מיר מיט ביטערע טרערן אויף מיין וואקלדיגע רוחניות'דיגער מצב; אויסער די אנדערע פראבלעמען אין געזונט, שלום בית, און נאך, וואס איך שפיר אז זיי זענען א תוצאה פון דעם.


איך בעט דעם  ראש ישיבה שליט"א ברחמים ותחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ווייזן א וועג ארויס פון דעם פארפלאנטערן געמויזעכטס אין וואס איך געפין זיך. ווי אזוי שטארקט מען זיך איבער'ן שווערן יצר הרע? ווי אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד? קען איך נאך האבן א פרייליכע, רואיגע, ערליכע לעבן?


דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ביטער ווען מען איז פוגם בברית, אלעס ווערט חרוב, מען ווערט א פארוואגלטער מענטש. מען ווערט א נערוועזער, א בייזער און א שלעכטער. מען פארלירט די מח, מען פארלירט די געזונט; אלעס גייט צוגרינד פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


די עבירה איז אזוי שלעכט, אז די ספרים הקדושים זאגן, ווער עס פאלט אריין אין די עבירה - קען זיך פון דעם נישט ארויסזען, מען בלייבט פארקראכן, מען איז נישט זוכה צו תשובה. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין זוהר הקדוש פרשת וישב, דף קפח ע"א; לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) אויף די חטא איז געזאגט געווארן (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ", אלע וואס ווערן נכשל אין די עבירה, "לֹא יְשׁוּבוּן", קענען זיך מער נישט אומקערן, "וְלֹא יַשִּׂיגוּ", און זיי קענען נישט דערגרייכן, "אָרְחוֹת חַיִּים", די וועג צו לעבן; זיי קענען נישט תשובה טון.


עס איז נישטא א הארבערע עבירה ווי פוגם זיין בברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן, דער נחל נובע מקור חכמה, וואס זאגט אונז (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, "רַק הוּא לְבַד", נאר דער רבי אליינס, דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה", עס העלפט יא תשובה אפילו אויף די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אויב מען האט אסאך געזינדיגט אין די חטא פון פגם הברית חס ושלום - קען מען אויך תשובה טון; דער עיקר תשובה איז זיך פארנעמען דאס מער נישט צו טון.


אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען - זאלסטו זיך מתבודד זיין; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון ביז אהער און אלעס וואס דו טוסט נאכאלץ. דערצייל אים, שמועס מיט אים כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס און מען שמועסט זיך אויס - מיט א גוטע פריינט. דאס זאלסטו טון אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דיין מאמע לשון; אזוי וועסטו זיך קענען בעסער ארויסברענגען. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג מיט עקשנות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווער עס פאלט נעבעך אריין אין די עבירה - העלפט אים גארנישט; טערעפי העלפט נישט, גארנישט העלפט, נאר דער רבי קען העלפן; מיט די עצות פון רבי'ן קען מען ארויסגיין פון דעם, מען קען צוריק ווערן א געזונטער מענטש, און אויך קען מען ווערן א גרויסער צדיק.


דעריבער זאלסטו אזוי טון, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון - במחשבה, דיבור ומעשה; זיי זיך מתוודה צום באשעפער, זאג אים אלעס ווי און ווען עס האט זיך אנגעהויבן.


דו האסט דאך א טענה; עס האט זיך אנגעהויבן אלס קינד, קיינער האט צו דיר נישט גערעדט, מען האט דיר נישט געלערנט וואס מען טאר נישט טון, און אזוי ביסטו אראפגעפאלן טיפער און טיפער אינעם טיפסטן אפגרונד רחמנא לצלן.


לפי מוהרא"ש ביסטו בכלל נישט קיין מזיד. מוהרא"ש זאגט, עס איז נישטא אזא זאך א איד זאל זינדיגן במזיד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): "עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה", איין עבירה שלעפט די צווייטע עבירה. "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, "אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג, ווער רעדט נאך אז מען האט בכלל נישט געוויסט וואס מען טאר נישט טון, אזוי ווי דו שרייבסט באריכות דיין עבר וכו' וכו' - שלעפט דאס צו נאך עבירות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון; קענסטו דאס טענה'ען צום באשעפער, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן תשובה טון, און אננעמען דיין תשובה.


ביים אנהויב וועט דיר דאס בכלל נישט זיין קיין גרינגע זאך, ווייל ווען מען זינדיגט, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - רייסט מען זיך אפ פון די אמונה, עס קומט אריין מחשבות פון אפיקורסות, מען שפירט נישט אלוקית, מען שפירט נישט אייבערשטער; דורכדעם ווערט שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז קיינער הערט נישט אויס, אבער אז דו וועסט זיך עקשנ'ען, דו וועסט נישט אפלאזן, דו וועסט וויינען צו אים און שרייען צו אים: "ה' הושיעה, העלף מיך אייבערשטער!" און אפילו דו האסט נישט קיין געפילן, דו שפירסט נישט ווי א רחמנות, עס קומט דיר נישט צו וויינען - זאלסטו רעדן טריקענע תפילות אן קיין ענדע, וועסטו זען ווי דו וועסט פטור ווערן פונעם יצר הרע, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זען נאך אסאך עצות, דו וועסט האבן אסאך חיזוק נישט צו פאלן.


איך האב דיר נאר געשריבן אויפ'ן שפיץ גאפל די א' ב' ווי אזוי מען קען געהאלפן ווערן.


נאך איין וויכטיגע זאך; דו קענסט נישט ארומגיין א גאנצן טאג צעבראכן און דערקלאפט, ווייל צעבראכנקייט ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, ווידער שמחה היט דעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) ווען א מענטש איז פרייליך - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון פגם הברית; זאלסטו זיך זייער היטן פון מרירות און דערביטערטקייט, נאר פרייליך; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון די צוגעבינדענקייט צו שמוציגע זאכן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, מעביר סדרה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, מקוה, משניות, תיקון הכללי, גמרא, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך געפערליך אין קדושה, איך בין ממש צוגעבינדען צו קוקן שמוציגע זאכן, און איך פאל ליידער דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, כמעט יעדן איינציגסטן טאג, און דאס טוט מיר זייער וויי.


גראדע האב איך איינמאל געהאט אז איך האב זיך געהאלטן ריין און ערליך פאר אביסל מער פון צוויי חדשים אין א צו, אבער נאכדעם בין איך דורכגעפאלן, און דא האט זיך עס געענדיגט. איך גיי אין מקוה צוויי מאל א וואך, אבער עס העלפט מיר נישט, איך מוטשע זיך נאך ווייטער.


איך גלייב אז דאס איז גורם אסאך פון מיינע פראבלעמען, איך מוטשע זיך מיט שידוכים, כ'האב נישט קיין ישוב הדעת, און עס לאזט מיר נישט לערנען און דאווענען נארמאל, און איך טרעף זיך נישט דאס פלאץ.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן און ווייזן דעם וועג ארויס פון מיין פלאנטער, ווי אזוי קען איך צוריק ווערן א נארמאלער און ערליכער איד, אנהויבן צוריק דאווענען מיט מנין, די שידוכים זאלן גיין גרינגער, און אזוי ווייטער ארויסקריכן פון אלע מיינע פראבלעמען אין לעבן?


איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה קען מיר ענטפערן ווי שנעלער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב נישט אויף, עס איז דא א וועג ארויס אויך פאר דיר.


ערשטנס איז מקוה; טובל זיך אין מקוה יעדן טאג, בפרט ווען דו ביסט אראפגעפאלן אין פגם הברית זאלסטו זייער מקפיד זיין אין טבילת מקוה, דער הייליגער רבי זאגט: "די ערשטע תיקון איז מקוה".


צווייטנס איז תיקון הכללי; זאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים יעדן טאג - קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם תיקון, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צב) ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן, נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, זיי זענען אבער אינמיטן נפטר געווארן, מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


דריטנס איז לימוד התורה; מאך זיך שיעורים קבועים, לערן יעדן טאג חומש - שנים מקרא ואחד תרגום פון פרשת השבוע, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות אין לימוד משניות; משניות רייניגט דעם מענטש, משניות איז משנה דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" - ווי מער מען זאגט משניות איז מען זיך אינגאנצן מְשַׁנֶה און מען ווערט ריין.


משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; די ראשי תיבות פון: הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי - איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


מה טוב ומה נעים, אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - איז דאס א מורא'דיגע זאך, און אז דו האסט נישט קיין צייט צו זאגן ח"י פרקים - זאג וויפיל דו קענסט.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; לכל הפחות זאלסטו לערנען א בלאט גמרא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית'", און אז מען לערנט גמרא פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


ווען דו וועסט פרובירן לערנען וועסטו זיך טרעפן אין א פראבלעם, דו וועסט נישט פארשטיין דאס לערנען; דאס פאסירט ווען מען איז פוגם בברית, מען פארלירט די כח פון זיך קענען מרכז זיין. בעט איך דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעבראכן ווען דו זעסט אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען, דו לערן אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער. דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען נאר איין זאך, זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", מען וועט שפעטער פארשטיין.


זיכער וועסטו זיך אנטרעפן מיט לצים וואס וועלן אוועקמאכן די וועג פון לערנען - זאלסטו זיי נישט אויסהערן, זאלסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיין עתיד; אז דו וועסט נישט רחמנות האבן אויף דיר - וועט קיינער נישט רחמנות האבן אויף דיר. שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ", ווער עס איז קלוג און נעמט אן די ווערטער פון די הייליגע צדיקים - טוט קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליינס, "וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און ווער עס מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיקים - מאכט ליצנות פון זיך אליינס. חכמינו הקדושים זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): "יִקְרָא אָדָם, כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִּׂיגֶנּוּ בּוּשָׁה וּכְלִמָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ, עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", מען זאל לערנען חומש און משניות כדי מען זאל נישט דארפן פארשעמט ווערן אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן די נשמה: "הויב אן זאגן די חומש און משניות וואס דו האסט געלערנט".


ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן לויפן אים נאך די קליפות און מזיקים, זיי ווילן אים הרג'ענען. ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם".


פערטנ'ס - התבודדות; זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט איבער אויף דיר און וואס באדערט דיר - זאלסטו פארציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו רעדסט. טייל איין די שמועס אין דריי; אין די ערשטע חלק פון די שמועס זאלסטו נאר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר, אויך ווען דו ביסט דערביטערט - זאלסטו זוכן עפעס פינטלעך פון גוטס און דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אין די צווייטע חלק פון די שמועס זאלסטו תשובה טון, זאג אויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, זאג ארויס מיט דיין מויל יעדע פרט וואס דו האסט פוגם געווען, סיי דיינע מחשבות, סיי דיינע דיבורים און סיי דיינע מעשים, און זאג צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט עס מער נישט טון, און אין די דריטע חלק, די ענדע פונעם שמועס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מקרב זיין, ער זאל דיר העלפן צו קענען אלעס מתקן זיין און אים קענען דינען.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, עס גייט ארויס אזא פארגענוגן פון דעם; ווער רעדט נאך ווען מען קומט מיט טרערן צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך קען זיך נישט העלפן, איך קען זיך נישט קריגן מיט'ן סמ"ך מ"ם ער ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך האלט אין איין פאלן, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי צעבראכן"; די ווערטער מאכט א רעש אין הימל, אלע מקטריגים אנטלויפן, זיי האבן מער נישט קיין כח צו מקטרג זיין אויפ'ן מענטש.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו געראטעוועט ווערן פון פגם הברית; עס גייט נישט אין איין מינוט, עס נעמט צייט, אבער צום סוף וועסטו ארויסקריכן פון אלע דיינע טונקלקייטן און פון אלע דיינע תאוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ווי אזוי קען איך גרינגער מאכן מיין שמירת עינים?
תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, איך בין געפארן לערנען אין א צווייטע שטאט אין א ישיבה, איך פרוביר צו לערנען און דאווענען, אבער איין זאך איז מיר זייער שווער, איך קען זיך נישט היטן די אויגן, עס איז מיר זייער שווער מיט שמירת עינים.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, אבער נאכאלץ מוטשע איך זיך זייער מיט דעם. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן עצות און חיזוק אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איידער דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו מאכן א תפילה אז דער אייבערשטער זאל דיר היטן דיינע אויגן, און ווען דו ביסט אויפ'ן וועג זאלסטו זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן אויף שמירת עיניים.


דא האסטו א קליינע תפילה צו בעטן אויף שמירת עיניים:


"הייליגער באשעפער איך בעט דיר זייער, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן. איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; איך ווייס אז אלעס איז געוואנדן אין היטן די אויגן, אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן - פארמאכן זיך אלע ליכטיגקייטן, עס ווערט א חורבן; אבער עס אז מיר אזוי שווער, איך שפיר אסאך מאל ווי איך קען זיך בכלל נישט קאנטראלירן.


דעריבער קום איך צו דיר טאטע זיסער, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, העלף מיר, געב מיר כח איך זאל היטן מיינע אויגן, איך זאל געדענקען די שאדן וואס איך טו זיך אליינס מיט'ן נישט היטן די אויגן, מען פארלירט אלע גוטע זאכן. העלף מיר איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן נישט צו קוקן, איך זאל נאר טראכטן פון דיר.


רבונו של עולם איך וויל זיין פרייליך, ווייל ווען איך בין פרייליך קען איך זיך היטן מיינע אויגן. די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז מיט שמחה ווערט מען אפגעהיטן פון פגם הברית; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין עצבות ומרה שחורה, איך זאל זיין נאר פרייליך, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#33 - ווי אזוי איז מען מתקן מקרה לילה?
התחזקות, קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, שמחה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך דארף אן עצה, ליידער פאסירט ביי מיר אסאך מאל מקרה לילה, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שטיי אויף אינדערפרי צעמישט, דער גאנצער טאג איז מיר שוין גע'הרג'ט, איך קען שוין כמעט נישט לערנען, איך וועט זייער צעבראכן און צעקלאפט, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון - זאלסטו גיין אין מקוה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וואונדערליכע תיקון אויף מקרה לילה, צען קאפיטלעך תהלים; קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ.


דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צב) ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


שנית - זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; ווען א מענטש איז פרייליך היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע שלעכטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) שמחה איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישטא קיין עבירות.


אז דו ביסט נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאלסטו נישט אויפגעבן אויף דיר, ווערן דעפרעסט און גארנישט טון יענעם טאג; וואס טוסטו ווען דו ציילסט דיין געלט און דו זעסט אז דו האסט פארלוירן אפאר הונדערט שקל? וועסטו יעצט נעמען דיינע איבריגע געלט און אוועקווארפן, מיט'ן טענה: 'איך האב שוין סיי ווי פארלוירן געלט, ווארף איך אוועק נאך געלט'?! דו וועסט דאס זיכער נישט טון, נאר דו וועסט אכטונג געבן נישט צו פארלירן נאכאמאל געלט; ברוחניות איז נאך אסאך מער וויכטיג אכטונג צו געבן נישט צו פארלירן קיין איין טאג, קיין איין שעה - פון דינען דעם אייבערשטן.


אז דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה - זאלסטו וואס פריער גיין אין מקוה; וואס פריער איז בעסער, ווייל מקוה מעקט אויס אלעס, עס הרג'עט די משחיתים און קליפות, און זאג די צען קאפיטלעך תהלים. און אז דו קענסט זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה פון רבי נתן, די תפילה אויף תיקון הכללי, זאג די ווערטער ביי די תפילה: "וּבִפְרָט כָּל הַטִּפּוֹת שֶׁיָּצְאוּ מִמֶּנִּי בַּלַּיְלָה הַזֹּאת, עַל יְדֵי מִקְרֶה לַיְלָה שֶׁקָּרָה לִי בַּעֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", מען קען צעגיין פון די תפילה, דאס הארץ ווערט צעריסן פון די תפילה, ווי מען בעט: "מָר לִי מְאֹד אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם", עס איז מיר אזוי ביטער טאטע אין הימל, "מָר לִי מְאֹד רִבּוֹן כָּל הָעוֹלָמִים", עס איז מיר אזוי ביטער הייליגער באשעפער, "רְאֵה אַנְחָתִי וְאַנְקָתִי", קוק ווי איך קרעכץ, "כִּי נַפְשִׁי מָרָה לִי מְאֹד", עס איז מיר אזוי ביטער, "עַד אֲשֶׁר אֵינִי יוֹדֵעַ אֵיךְ אֲנִי יָכוֹל לִחְיוֹת מֵעֶצֶם מְרִירוּת נַפְשִׁי אֲשֶׁר עַד גָּבְהֵי שָׁמַיִם יַגִּיעַ", איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען לעבן אזא לעבן, "כִּי קַצְתִּי בְחַיַּי, לָמָּה לִּי חַיִּים כָּאֵלֶּה", איך עקל זיך פון אזא סארט לעבן, וואס דארף איך אזא לעבן? "חַיִּים מָרִים וּמְרוֹרִים מִמָּוֶת", א לעבן וואס איז ערגער פון טויט, און אזוי ווייטער די גאנצע תפילה; די ווערטער פון רבי נתן צערייסט דאך דאס הארץ.


מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה. לערן יעדן טאג אביסל חומש; שנים מקרא ואחד תרגום פון פרשת השבוע, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות; משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער מען לערנט משניות איז מען זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, מען ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען גמרא יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריא): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הַמְחֲטַאַת אֶת הָאָדָם בִּפְּגַם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'"; אז מען לערנט גמרא פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


ועל כולם זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט איבער אויף דיר און וואס באדערט דיר - זאלסטו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו רעדסט.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#32 - מיין ווייב פייניגט מיך, וואס טו איך?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, אמונה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב פייניגט מיך, זי דערגייט מיר מיינע יארן, און זי מאכט מיר שפירן ווי איך בין נאך דער רודף; וואס טו איך? איך דארף אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געזינדיגט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר. איך גלייב באמונה שלימה אז דאס וואס גייט אריבער אויף מיר פון מיין ווייב - איז נאר ווייל איך האב געזינדיגט און איך דארף תשובה טון. דו האסט מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע קינדער, און ווען מען איז פוגם בדיבור, מען רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט מען צרות פון די ווייב, און ווען מען איז פוגם במעשה, מען זינדיגט מיט עבירות - ליידט מען יסורים פון מענטשן.


על כן באתי לפניך ה' אלוקי, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר. איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל נישט ווערן ברוגז אויף מיין ווייב, איך זאל איר נישט פיינט האבן, איך זאל איר ווייטער ליב האבן, איך זאל געדענקן אז דאס איז נישט זי, זי וויל זיין גוט צו מיר, זי וויל זיין איינס מיט מיר, איך דארף מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.) אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - דער וואס פירט זיך ווי אזוי מען דארף, עוֹזַרְתּוֹ - ווערט זי אן עזר, זי העלפט אים, זי איז מיט אים, זי ווערט איינס מיט אים, לֹא זָכָה - אז מען איז נישט זוכה, כְּנֶגְדּוֹ - ווערט זי א פיינט.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, נישטא גארנישט אויסער דו; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין פרנסה - אלעס ביסטו אליינס. בעט איך דיר, געב מיר שלום בית, געב מיר נחת פון מיינע קינדער, געב מיר פרנסה בשפע, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


א פרייליכן יום טוב פורים.

#31 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי קען איך ארויסקריכן פון עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאל ליידער דורך אסאך מאל אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, און אויך פארגעס איך אסאך מאל צו לייגן תפלין רחמנא ליצלן, איך שפיר אז איך האב שוין פארלוירן די פארבינדונג מיט'ן אייבערשטן.


ווי אזוי קען איך שטארקן צו געדענקען צו לייגן תפלין יעדן טאג, און נישט אראפפאלן אין הארבע עבירות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה - איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי ער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דו ליגסט אין שאול תחתית - איז נאר דא די איין עצה פון זאגן אסאך משניות און אסאך בלעטער גמרא. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד"; דעריבער זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און אסאך גמרא, דאס וועט דיר געבן די כוחות זיך אפצולאזן פון די שרעקליכע עבירה.


נאך א עצה פון רבי'ן איז דא, די עצה פון תפילה והתבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע זאך; ווי שווער עס איז אים צו זיין ערליך, ווי שווער עס איז אים מיט די זאך, ווי דער יצר הרע ארבעט אויף אים און ווארפט אים אראפ נאכאנאנד. התבודדות איז, מען רעדט צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צום אייבערשטן אויף מאמע לשון, מען בעט אים אזוי ווי מען בעט א חבר. נעם די עצה, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער הערט דיך נישט, עס קען זיין אין א ליידיגע שטוב וכדומה, און זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך דארף דיין הילף, איך זינדיג אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך וויל דאס אבער נישט טון, איך פאל אראפ אין דעם אבער איך וויל נישט; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך שפיר ווי איך פארליר מיינע כוחות; העלף מיר, ראטעווע מיר, הצלינו אב הרחמן. וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט. איך ברענג מיר צרות, איך ווייס אז די עבירה מאכט אלע צרות; אלע מחלוקות, אלע שלעכטס - אלעס קומט פון די עבירה, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר!"


אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן; בעט אים, וויין צו אים; קודם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים, ווייל ווען א מענטש קומט צום אייבערשטן און זאגט דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך" - נעמט ער אראפ אלע דינים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות - בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה - מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד.


זיי שטארק מיט די צוויי עצות: תורה, תפילה והתבודדות - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט ארויסגיין פון די טומאה.

#29 - איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, מיר זענען שוין חתונה געהאט פאר איבער 26 יאר, מיר האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אבער מיין מאן האלט מיך אין איין טשעפען אלע יארן, ער האלט אז איך בין משוגע און ער קלאפט מיר כסדר אראפ, איך פיל אז איך קען מער נישט אנגיין, איך וועל זיך מוזן גט'ן.


איך בין געווען ביי א טערעפיסט, יענער האלט אז מיין מאן איז א נארסעסיסט, א מענטש וואס זעט נאר זיך אליין און קען נישט פארשטיין און האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן. יעדעס מאל איך וויל זיך אביסל אויפהויבן דעם קאפ, צעקלאפט ער מיר זייער שטארק.


ער האט געלט און ער האט א גוטע מויל, און אזוי פארנארט ער מענטשן, ער רעדט איין יעדן איינעם אז איך בין גאר דער שלעכטער. מענטשן האבן מיר פרובירט צו העלפן, אבער יעדער האט מורא פון אים. איך האב געהאט אן אפעראציע אויף א געוואוקס אין מח ל"ע, ער דערציילט פאר יעדן אז זייט דעמאלט בין איך משוגע געווארן, ווען באמת האט זיך דעמאלט געעפנט אביסל מיינע אויגן צו פארשטיין ווי אזוי ער נוצט מיר אויס, ער מאכט מיר צו שאנד און צו שפאט.


ווען ער איז געווען געדרוקט אין געלט, האבן מיינע עלטערן אים געהאלפן און אים געבארגט שווערע טויזנטער דאלארן, ער האלט אבער נישט ביים צוריק צאלן, און ווען איך ברענג ארויף די נושא, ווערט ער ממש ווילד, אנשטאט זיי צו שעצן אויף וואס זיי האבן אים געהאלפן, רייסט ער זיי אראפ, ער רעדט אויף זיי, אז זיי זענען קמצנים און אזוי ווייטער. ער האט גענוג געלט, ער העלפט יעדן איינעם, נאר פאר מיינע עלטערן וויל ער נישט באצאלן.


עס איז מיר שווער אראפצושרייבן אלע צרות און פראבלעמען וואס איך בין דורך במשך די אלע יארן, עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען, ער האט מיר אלץ אויסגענוצט, און יעצט ווייס איך נישט ווי אזוי צו גיין ווייטער; איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, דאס לעבן איז אזוי ווי א שפיגעלע; אז איר וועט שמייכלען צום שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער שמייכלט צוריק; אז איר וועט אריינקוקן שטרענג אינעם שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער קוקט צו אייך שטרענג, - פונקט אזוי איז דאס לעבן; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים, איר וועט אים געבן כבוד - וועט ער אויך שמייכלען צו אייך, ער וועט זיין גוט צו אייך, און אז איר וועט טראכטן שלעכטס אויף אים, איר וועט מזלזל זיין אין אים, איר וועט אים טשעפען - וועט ער זיך אויפפירן צו אייך פינקט אזוי.


רעדט שיין צו אייער מאן, רעדט צו אים בדרך כבוד - וועט איר זען ווי עס וועט געשען אזוי ווי א נס, ער וועט פלוצלונג אנהויבן רעדן צו אייך שיין. לאזט אפ די אלטע מעשיות, רעדט נישט פון אלטע זאכן. וואס דארפט איר מאנען פון אייער מאן די געלט וואס אייערע עלטערן האבן אים פארבארגט? וואס דארפט איר אנצינדן א פייער? אז אייערע עלטערן דארפן צוריק דאס געלט - זאלן זיי אים בעטן, דאס האט נישט מיט אייך; איר זאלט שטיין ווייט פון זיין פארמישט צווישן אייער מאן און אייערע עלטערן.


איך קען נישט הערן די ווערטער וואס איר שרייבט: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען", די ווערטער זענען נישט קיין שיינע ווערטער; ווי קען א איד זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען"? אז מען ווערט פארקלעמט, מען פאלט אריין אין א צרה - בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און העלפן, מען טאר אבער נישט זיין א כפוי טובה צום אייבערשטן און זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען".


דער אייבערשטער געבט אונז נאר גוטס; אסאך מאל איז פארשטעלט דאס גוטס, עס זעט אויס ווי עס איז שלעכט, אבער חס ושלום זאגן: "עס איז מיר נאך קיינמאל נישט גוט געווען".


אז עס איז אייך שווער און ביטער - זאלט איר אויפזוכן עפעס קליינע ברעקעלעך פון גוטס; זוכט אויף אין אייער שווערע ביטערע לעבן עפעס א פינטעלע וואס עס איז אייך יא גוט, טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן דערויף - וועט איר פלוצלונג טרעפן נאך א פינטעלע גוטס, און נאך א ברעקעלע, ביז איר וועט שוין נישט זען קיין שלעכטס, עס וועט אייך ווערן אנדערש דאס לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון לעבן, מען זאל זוכן גוטס; א מענטש זאל קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שווערע טעג, צרות ויסורים, האט ער געזוכט אין דעם עפעס גוטס. דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - האב איך שוין גענוג תשובה געטון אויף מיינע שווערע עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געלערנט אין איינע פון די ספרים פון מוהרא"ש, איבער די הארבקייט פון די עבירה פון פגם הברית רחמנא ליצלן, עס איז ממש ווי מ'הרג'ט די אייגענע קינדער. איך האב שוין לאנג דאס געליינט און געהערט, אבער לעצטנס איז אריין אין מיר א געוואלדיגער פחד איבער דעם, כאטש וואס איך האב שוין תשובה געטון, איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג, און שוין א לאנגע צייט וואס איך היט זיך פון עבירות און איך היט זיך מיינע אויגן, האב איך אבער נאכאלץ גרויסע פחדים פון דעם, וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה איז זייער א געפערליכע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, ווייל יעדע טיפה איז א קינד, קומט אויס אז דער מענטש הרג'עט אויס זיינע אייגענע קינדער רחמנא לצלן. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; אויך זאגט דער זוהר הקדוש (וישב קפח.; ויחי ריט.) ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה, העלפט נישט קיין תשובה.


אבער וויסן זאלסטו, דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא) קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה קען אויך תשובה טון.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מיר קענען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן פון די נידריגסטע פלעצער, אפילו מען איז ווייט פארקראכן - זאל מען קענען צוריקקומען צום אייבערשטן, דורך התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויס'טענה'ן מיט אים, אים דערציילן ווי שווער עס זענען די נסיונות און ווי שטארק מען וויל זיין גוט; דאס ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, אז דו ווילסט תשובה טון. דערצייל אים אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן פון בושה. זאג אים וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר, ווי ער ווארפט דיר אראפ, וויין צו אים; זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך האב געזינדיגט אזויפיל אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי אראפגעפאלן; יעצט האב איך חרטה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר טאטע זיסער. רבונו של עולם, איך שעם זיך זייער פון דיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב באמת חרטה אויף די שלעכטע מעשים מיינע, זיי מיר מוחל.


אויך בעט איך דיר הייליגער באשעפער, איך בין זייער דערשראקן, איך האב מורא אז איך וועל שוין בלייבן פארווארפן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. איך האב אזא פחד, איך שפיר אז איך ווער גערירט ביים זינען; איך ווייס אז דאס געשעט ווען מען זינדיגט אין די עבירה, אבער יעצט וויל איך זיין גוט, יעצט וויל איך תשובה טון; בעט איך דיר, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, איך גיי שוין זיין גוט".


אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן כסדר, ביז דו וועסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זאל איך קויפן די לאטערי?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, פרנסה, פירושים, לאטערי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן צוויי קליינע שאלות, אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ערקלערן און ענטפערן.


א. איך האב געלערנט אין אשר בנחל חלק ו' מכתב תשי"ב, מוהרא"ש שרייבט דארט: "על כל דבר שצריך לפעול ישפוך תפלות בעושר אליו יתברך תפלה אחר תפלה, עד שיזכה וכו', האב איך געוואלט פרעגן וואס איז פשט ישפוך תפלות בעושר.


ב. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן קויפן די לאטערי?


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אטעם צום לעבן; מ'קען דאס ליינען אויף צוויי וועגן, איינס, 'אטעם' - לופט צו אטעמען; און נאך א וועג 'א טעם'. און ביידע זענען ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל וועט אלץ האבן חיזוק, ער וועט אלץ בענקען צום אייבערשטן; עס איז נישטא נאך אזא ספר וואס זאל אזוי מחזק זיין און מעודד זיין ווי דער ספר אשר בנחל.


דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה", אויף יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן זאל מען גיסן תפילות צום אייבערשטן בעשירות; דאס איז א חז"ל, די תורה זאגט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר קינדער, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סג, ה) עס שטייט א לשון 'וַיֶּעְתַּר', עס שטייט נישט 'ויתפלל' אדער אן אנדערע לשון פון תפילה, "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר שֶׁשָּׁפַךְ תְּפִלּוֹת בְּעשֶׁר", 'וַיֶּעְתַּר' איז א לשון פון עשירות, ער האט געגאסן תפילות אזוי ווי אן עושר; אן עושר האט אין יעדע טאש געלט, ווען מען בעט אים געלט נעמט ער און גיסט געלט, וואס ער דארף - גיסט זיך געלט, אזוי האט יצחק אבינו געבעטן דעם אייבערשטן, עס האט זיך געגאסן תפילות פון אים, נאך און נאך און נאך.


בנוגע לאטערי; קויף נישט קיין לאטערי, עס איז א שאד די דאלער, א שאד יעדע פרוטה וואס מען לייגט אריין אין דעם; אז דו ווילסט שפע - זאלסטו טון וואס מוהרא"ש זאגט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה, עַד שֶׁיִּזְכֶּה וכו'", בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם געב מיר פרנסה, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין שטוב, מיין ווייב און קינדער"; בעט און בעט איינמאל און נאכאמאל, א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, אן א שיעור; אזוי ווי אן עושר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אייבערשטער אז איך האב נאכאמאל געענדיגט תהילים, יישר כח פאר די שיינע שיעורים און בריוון, יישר כח פאר'ן מחזק זיין צו זאגן תהילים, איך שפיר אזוי גוט נאכ'ן זאגן תהלים, עס געבט מיר א פרישקייט מיט אסאך כח.


אויך א גרויסן יישר כח פאר מיך מחזק זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, און ספעציעל די ערשטע; יעדן טאג אויפ'ן וועג צו סקול חזר איך איבער און איבער די ערשטע אני מאמין, עס שטארקט מיר מיין אמונה, איך הייב אן זען אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס פירט דער אייבערשטער.


אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך פיל אבער ווי דער יצר הרע פארגינט מיך נישט פשוט א שמייכל אויף מיין פנים, יעדעס מאל טרעף איך אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו זיין פרייליך.


א גרויסן יישר כח פאר בית פיגא סקול, עס איז א מחי' צו זיין צוזאמען מיט אזעלכע טייערע ליכטיגע מיידלעך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סוף ספורי מעשיות): "מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק, "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ, "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן, "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין, איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות.


דאס איז די עצה צו זיין פרייליך; אז מען טראכט אריין די גרויסע חסד השם אז מיר זענען אידן, מיר זענען נישט קיין גוים; דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, כל שכן אז מיר זענען פול מיט מצוות, מיר טוען א גאנצן טאג דעם ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם ווערט מען פרייליך.


זייט שטארק מיט אייער עבודת השם, זאגט ווייטער תהלים יעדן טאג און חזר'ט די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר די ערשטע אני מאמין. אמונה שטארקט דעם מענטש מיט א שטארקייט וואס איז נישט מעגליך צו צעברעכן.


ועל כולם, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס אים אויף אייער מאמע לשון וואס איר דארפט. בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין שטענדיג פרייליך, איך וויל שטענדיג שמייכלען, זיין פאזעטיוו, שטענדיג געדענקען פון דיר"; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.

#25 - ווי אזוי קען אויפהערן צו האבן פחדים און שרעק?
תפילות אויף אידיש, אמונה, ניגונים, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיך מאכן אזא שיינע לעבן.


ס'איז דא אסאך מאל ווען ס'געשעט אביסל שרעקעדיגע זאכן,  למשל אז ס'ווערט טונקל מיט קורצשלוס (בלעק אוט), אדער ס'איז זייער ווינטיג און אלע זאכן אויפ'ן גאס פליען; ווען אזעלכע סארט זאכן פאסירן, הייב איך אן צו ציטערן, איך בין זייער א גרויסע פחדן, איך ציטער פון אלע קליינע זאכן וואס געשעען.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ווען איך הייב אן ציטערן אז איך זאל קיינמאל מער נישט מורא האבן פון אזעלכע זאכן.


אסאך מאל ווען איך גיי אויפ'ן גאס אליין, הייב איך אן טראכטן שלעכטע זאכן וואס קען געשען, און עס מאכט זיך אסאך מאל אז איך כאפ נישט און איך טו מאדנע זאכן; למשל, איינמאל ווען איך בין געגאנגען אויפ'ן גאס און איך האב אנגעהויבן טראכטן אז זאכן קענען פליען אויף מיין קאפ, אינמיטן דערזע איך זיך מיט מיינע הענט אויף מיין קאפ, אזוי ווי מ'באשיצט זיך אז גארנישט זאל נישט פליען אויפ'ן קאפ.


וואס קען איך טון דערצו? איך האלט עס שוין נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גוטע עצה פטור צו ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; דאס איז בדוק ומנוסה, מענטשן זאגן אז זיי זענען ארויס פון אלע זייערע פראבלעמען זייט זיי טוען די עצה; מען טראכט פון אייבערשטן, מען זינגט זיך א ניגון פון אמונה און מען בעט דעם אייבערשטן.


מען הייבט אן מיט טראכטן פון אמונה, און אויב די פחדים ווערן שטערקער הייבט מען אן זינגען צו זיך א ניגון, אויב איז מען נישט צווישן מענטשן קען מען זינגען אויפ'ן קול, עס ווענדט זיך וואו מען געפונט זיך. מען זינגט צו זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך"; אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים.


אויב די פחדים ווערן שטערקער, עס גייט נישט אוועק - גייט מען צו תפילה ובקשה; מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען בעט אים: "אייבערשטער היט מיך, אייבערשטער זיי מיט מיר, אייבערשטער קום מיט מיר"; דאס בארואיגט דעם מענטש פון אלע אומזיסטע פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#24 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נעמען די פינגער אין מויל?
קינדער, תפילות אויף אידיש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט פאר די מיידלעך, איך טרעף דארט אלע ענטפערס פאר מיינע קשיות.


איך בין שוין פערצן יאר ברוך ה', און איך לעק נאכאלץ מיין פינגער, יעדער איינער קוקט מיך אן ווי א בעבי, איך האב שוין פרובירט צו טון אלע סארט עצות, איך האב שוין אפילו געלייגט איינמאל שווארצע פעפער אויף מיין פינגער און איך האב עס נאכאלץ געלעקט, אויך בעט איך יעדן טאג דעם באשעפער, אבער איך לעק עס נאכאלץ.


איך שעם זיך זייער עס צו לעקן אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, אויך ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן אן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן וואס צו טון, ווייל עס שטערט מיך זייער שטארק.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע נעמען די פינגער אין מויל; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אנדערע, אסאך מענטשן נעמען די פינגער אין מויל, עס איז נישט קיין עבירה צו נעמען די פינגער אין מויל.


אויב עס שטערט אייך זייער, איר ווילט דאס נישט טון - איז דא איין עצה: בעטן דעם אייבערשטן. בעטס דעם אייבערשטן פאר פערציג טעג אין איין צי - וועט איר זען א ישועה, איר וועט מער נישט נעמען די פינגער אין מויל; בעטס אויף אייער שפראך, בעטס די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט נעמען מיין פינגער אין מויל. אייבערשטער איך האב שוין פרובירט אלע מיטלען דאס אפצושטעלן, אבער גארנישט האט מיר געהאלפן, יעצט קום איך צו דיר מיט א געבעט, העלף מיר איך זאל נישט טון די זאך".


זייט שטארק מיט תפילה והתבודדות; וואס איר דארפט, וואס איר ווילט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער מאמע לשון - וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - מיין איך עס טאקע אמת'דיג אז איך וויל זיין אן ערליכער איד?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, דרשות, אמת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן, "איך וויל זיין ערליך", טראכט איך, 'ווער זאגט אז איך וויל טאקע זיין ערליך? אפשר זאג איך עס נאר ווייל עס איז די סטייל צו זאגן, נאר ווייל איך הער עס ביי די שיעורים?'


ענליך צו דעם טראכט איך אויך ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן אז איך וויל זיין גוט, טראכט איך דעמאלט אז דאס איז א פרומע זאך, איך טראכט אז איך זאל זיך נישט מאכן אזוי פרום, ס'איז סתם נאריש און קינדעריש.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן וועגן דעם?


יישר כח 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאג ווייטער פאר'ן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, ווייל דאס ווילסטו טאקע, און יעדער איד וויל זיין גוט, נאר דער יצר הרע פארדריידט אזוי און פארטומלט אזוי דעם מענטש - אז דער מענטש ווייסט שוין אליינס נישט וואס ער וויל; מען מיינט מען וויל עפעס אנדערש, אבער באמת וויל דער איד איין זאך, זיין ערליך און טון דעם רצון הבורא.


יעצט אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין די וועג פון רבי'ן, דו האסט גענומען די עצה פון התבודדות ותפילה - זאלסטו זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פונעם שטן און אפלאזן חס ושלום די הייליגע הנהגה. דער שטן ציטערט פון איין זאך, ער האט מורא אז דער מענטש וועט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט ווערט ער אויס, ער ווערט כְּלֹא, ווען דער איד קומט צום אייבערשטן און זאגט: "רבונו של עולם, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ אין עבירות, איך האב נאכאמאל פוגם געווען, העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף די נסיונות"; ווען דער מענטש רעדט אפאר אמת'ע ווערטער צום אייבערשטן - ווערן אפגעמעקט אלע עבירות, אלע קליפות ומשחיתים. דעריבער איז די עבודה פון רעדן צום אייבערשטן, פון איין זייט איז דאס די העכסטע זאך, און דעריבער איז דאס די שווערסטע זאך; דער סמ"ך מ"ם פארמאכט און פארקלעבט די מויל מען זאל נישט קענען רעדן די פאָר ווערטער.


עס איז אמת וואס דו טראכסט אז דו זאגסט די ווערטער ווייל דו הערסט דאס ביי די שיעורים, זייער גוט; זאלסט ווייטער צו הערן די שיעורים פון ישיבה - וועסטו דיין גאנץ לעבן זיך ציען צום אייבערשטן, דו וועסט וועלן זיין גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - איך וויל שטארקן מיין אמונה, וואו קען איך זען מופתים?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מוהרא"ש, ספיקות, חנוכה, קשיות, נסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין יונגער מענטש, איך האב א שטוב מיט קינדער, איך בין אבער אין א גרויסע פארלעגנהייט מיט שטארקע ספיקות אין אמונה.


איך האב געליינט רחמנא ליצלן ספרים פון חקירה, אזוי ווי מורה נבוכים און נאך, און דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויב עס איז בכלל דא אזא זאך פון נסים למעלה מדרך הטבע, נסים וואס טוישן די טבע פון די וועלט.


איך האב זייער אסאך פרובירט זיך צו שטארקן מיט אמונה פשוטה, מיט התבודדות, מיט ברסלב'ע ספרים, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן.


איך זוך פשוט צו זען עפעס א נס, א מופת, און דאס וועט מיר פארענטפערן אלע ספיקות אין אמונה. איך פארברענג אסאך צייט זיך צו דרייען ביי צדיקים וואס מ'זאגט אז זיי זענען פועלי ישועות, כדי צו זען אפשר, אדער כאטש צו הערן פון א באגלייבטער כלי ראשון וואס איז נישט קיין בעל דמיון, עפעס וואס איז א קלארער נס, וואס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. צום ביישפיל א נס פון קפיצת הדרך וואס איז ממש למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן. למעשה האב איך עס אבער נישט געטראפן, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט מיין גאנצע הארץ, אויב איר קענט מיר טרעפן א באגלויבטער מענטש, וואס זאל מיר דערציילן אן אפענער נס וואס ער האט געזען ביי א צדיק, דאס וועט מיר בארואיגן.


און זיכער אויב דער ראש ישיבה שליט"א אליין קען אזא סארט צדיק וואס איך קען ביי יענעם זען א נס, אדער ער זאל זען אויף מיר מיינע עבירות און מצוות, וואס דאס וועט מיר ארויסנעמען פון מיינע ספיקות וואס פארטונקלען מיר מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט זען א נס? קוק זיך אליינס אן! אטעם אריין לופט און בלאז ארויס לופט - דאס איז די גרעסטע נס. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו) כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; אן דעם באשעפער קען מען נישט אריין אטעמען אפילו איין אטעם.


ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים, ווען זיי זענען אריין אין בית המקדש און געזען דעם גרויסן חורבן וואס די יוונים האבן געמאכט, מען האט נישט געקענט אנצינדן די הייליגע מנורה, אלע אויל זענען געווען טמא, פלוצלונג האבן זיי געטראפן א קריגל אויל, עס איז געווארן א נס אז עס האט געברענט אכט טעג, האבן די הייליגע חכמים מתקן געווען די הייליגע יום טוב חנוכה. פרעגט דער הייליגער בית יוסף (בית יוסף אורח חיים, סימן תר"ע) די באקאנטע קשיא, פארוואס מאכן מיר אכט טעג יום טוב חנוכה? פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל צו צינדן, דער נס איז געווען נאר זיבן טעג!


זאגט מוהרא"ש פון צדיקים, דאס אז אויל ברענט - איז דאך די גרעסטע נס! די הייליגע חשמונאים האבן געזען אז די טבע איז א נס, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, אלעס איז אייבערשטער! אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.), די טאכטער פונעם הייליגן רבי חנינא בן דוסא האט געוויינט צו איר טאטע, זי האט אנגעצינדן שבת לעכט, זי האט געמיינט אז עס איז אויל, למעשה איז דאס געווען עסיג און זי זאגט פאר איר טאטע: "עס גייט זיך יעצט פארלעשן און מיר וועלן זיצן שבת אין די פינסטער", האט דער הייליגער צדיק איר געזאגט: "וואס וויינסטו? דער אייבערשטער וואס זאגט אז אויל זאל ברענען קען מאכן אז עסיג זאל ברענען, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", זיי האבן מתפלל געווען און עס איז געשען א נס, די עסיג האט געברענט! עס האט געברענט נאך לענגער ווי די אויל, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת; אלע האבן געזען אז עס איז נישטא קיין טבע, די טבע אליינס איז אייבערשטער.


דו דארפסט תשובה טון פאר'ן לערנען די ספרים פון חקירה. דער רבי האט זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען די ספרים, אפילו ספרים פון הייליגע ראשונים - האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען. דו דארפסט תשובה טון, איבערבעטן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים שֶׁל הָאָדָם אִם לָמַד מוֹרֵה נְבוּכִים", מען קען דערקענען אויפ'ן פנים פונעם מענטש אויב ער האט געלערנט דעם ספר מורה נבוכים, "כִּי בְּוַדַּאי הוּא אוֹבֵד צֶלֶם אֱלֹקִים פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה עַל יְדֵי זֶה", מען פארלירט די צלם אלקים, די הייליגקייט פונעם פנים, "וּכְמוֹ שֶׁרוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁרֻבָּם כְּכֻלָּם שֶׁעָסְקוּ בְּאֵלּוּ הַסְּפָרִים בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, נַעֲשׂוּ אֶפִּיקוֹרְסִים גְּמוּרִים, וְהֵם חֲשׁוּדִים עַל כָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה. כִּי זֶה הַסֵּפֶר וְכֵן שְׁאָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים עוֹקְרִים אֶת הָאָדָם לְגַמְרֵי מֵאֱמוּנַת יִשְׂרָאֵל, וּמִתּוֹרָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה, וּמֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאַחֲרִיתוֹ עֲדֵי אוֹבֵד", די אלע וואס לערנען די ספרים פון חקירות ווערן ביים סוף אפיקורסים, די ספרים רייסן אויס די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, "גַּם אֲנִי דִּבַּרְתִּי עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים שֶׁהֵם כְּשֵׁרִים קְצָת, שֶׁלָּמְדוּ מִכְּבָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים, וְכֻלָּם אָמְרוּ בְּפֶה מָלֵא שֶׁהֵם מִתְחָרְטִים מְאֹד עַל זֶה שֶׁלָּמְדוּ, וְהַלְוַאי שֶׁלּא הָיוּ יוֹדְעִים מֵהֶם. וְהֵעִידוּ בְּעַצְמָן שֶׁרָאוּי לְהִתְרַחֵק מֵהֶם מְאֹד מְאֹד בְּתַכְלִית הָרִחוּק", איך האב גערעדט מיט מענטשן - זאגט דער רבי, וואס זיי זענען ערליך, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן אלע חרטה פאר'ן אריינקוקן אין די ספרים, און הלואי וואלטן זיי נישט אריינגעקוקט אין די אלע ספרים. "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מֵהֶם וּמְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד, כְּפִי מַה שֶּׁקִּבַּלְנוּ מֵאֲבוֹתֵינוּ כְּמוֹ שֶׁכְּלַל יִשְׂרָאֵל מַאֲמִינִים בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת שֶׁל שְׁטוּת וָהֶבֶל שֶׁלָּהֶם", וואויל איז דער וואס אנטלויפט פון די אלע זאכן, ער איז שטארק אין די אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, אן קיין שום נארישע חקירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך קיינמאל נישט טענה'ען אויף די אמונה, ווען מען איז געקומען צו אים פרעגן קשיות האט ער יענעם געמאכט צו נאר; ער האט יענעם געזאגט: "שטעל זיך אויף, זעץ זיך אראפ, הייב זיך נאכאמאל אויף און גיי אהער און גיי אהין", און מוהרא"ש פרעגט: "זאגט מיר, ווער וואקט אין דיר? ווער גייט אין דיר? ווער רירט זיך אין דיר? דאס אלעס איז נאר דער חלק אלוקי ממעל, א מענטש אן דעם אייבערשטן איז א שטיק פלייש וואס קען זיך נישט רירן, קען נישט קומען און קען נישט גיין"; ביז די אלע וואס זענען זיך געקומען טענה'ען מיט מוהרא"ש האבן תשובה געטון.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע וואס פרעגן 'וואו איז דער אייבערשטער?' זיי ווילן זען דעם אייבערשטן: "וואס איז לופט? ווי אזוי זעט אויס לופט? זיי מיר מסביר וואס איז לופט, וואו קען מען עס זען?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "לופט קען מען נישט זען, לופט איז אייבערשטער; דער אייבערשטער געבט די חיות פאר'ן מענטש".


אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין די ערגסטע פלאץ וואו א מענטש קען נאר אנקומען, דו האסט קשיות און ספיקות - איז דא איין עצה פאר דיר, די עצה פון התבודדות. גיי וויין צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין אמונה, איך גלייב נישט אין דיר; איך האב געטון א נארישקייט, איך האב אריינגעקוקט אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן, יעצט איז מיר דער קאפ פארדריידט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל האב אזא שטארקע אמונה אז איך זאל דיר זען, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס איך זאל אנהייבן גלייבן אין דיר אזוי ווי אמאל, געב מיר א שטארקע אמונה".


שרייען צום אייבערשטן - דאס וועט דיר העלפן, מאך זיך נישט משוגע פון זוכן מופתים וכו', גיי צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער, וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! איך בין אין א סכנה, די אמונה איז מיר פארלאשן! איך וווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, העלף מיר האבן אמונה".


דער רבי זאגט (שם): "קֻשְׁיָא" איז די ראשי תיבות: "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


מאך זיך א שיעור אין ספר יד החזקה פון הייליגן רמב"ם; דער רבי האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר פסק'נען ווי דער רמב"ם", אבער די אנדערע ספרים - זאלסטו נישט לערנען און נישט האלטן אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#21 - וואס איז די עצה נישט מורא צו האבן פון די ווילדע אויטאס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, פחדים, צדקה, מזוזה, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הייס ... איך וואוין אין ברסלב ליבערטי און איך לערן אין בית פיגא סקול, איך האב זייער ליב די סקול, יישר כח ראש ישיבה פאר אזא גוטע סקול.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב זייער מורא פון עי טי ווי'ס וואס פארן דורך נעבן מיין הויז, עס מאכט א הויכע גערודער און עס דערשרעקט מיר זייער, איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געוואוינט זיך צו פאר איר גייט ארויס פון שטוב צו לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, וואטש מיך, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונטערהייט", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז דו האסט מיר אהיים געברענגט געזונטערהייט", און געבט א קוש; וועט איר ווערן אפגעהיטן פון פחדים.


אויך זאלט איר לייגן יעדן טאג אין אייער פושקע אפאר פעני"ס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", דורך צדקה גייען אוועק אלע פחדים.


נאך אביסל וועט די שטעטל ווערן אינגאנצן אידיש, עס וועט נישט זיין די אלע זאכן.

#20 - ווען וועל איך שוין האבן א ריינעם מח?
התחזקות, קדושה, סבלנות, תפילות אויף אידיש, תשובה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, האב איך דאס מערסטע געבעטן צו האבן א ריינע מחשבה, צו טראכטן נאר גוטע זאכן, איך האב כמעט נישט געבעטן אויף קיין שום אנדערע זאך אויסער דעם.


ס'איז שוין אריבער עטליכע וואכן פון ראש השנה און מיין הארץ איז צעריסן אויף שטיקלעך, איך וויין ממש ווען איך שרייב די ווערטער, איך בין געבליבן מיט'ן זעלבן שמוציגן מח, איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם הייליגן מח, אבער אלע שמוץ איז געבליבן ביי מיר אין קאפ, וויפיל איך וויין צום אייבערשטן, וויפיל איך האב געוויינט צום רבי'ן אין אומאן, איז אבער אלעס געבליבן ביים אלטן. ווי לאנג וועל איך זיין געבינדען ביים יצר הרע?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן דעם ריכטיגן וועג און מיר מחזק זיין, איך וויל שוין חתונה האבן שוין פון אלס יונגער בחור וויין איך צום אייבערשטן כמעט יעדן טאג אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך, וואס וועט זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער; ערשטנס, וואס מיינסטו, עס גייט אין איין מינוט זיך ארויסרייסן פון די קליפות? אין א קורצע צייט איז מען זוכה זיין צו טהרת המחשבה? דו ווייסט וויפיל מען דארף ווארטן און זיך פלאגן אויף דעם? דו ווייסט וויפיל מען דארף שרייען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן הייליגע געדאנקען? וואס איז מיט דיר? שוין זאלסטו אויפגעבן?!
צווייטנס; דאס אליינס וואס דו ווילסט אזוי שטארק זיין גוט, דו האלסט נישט אויס דיין מצב - דאס האסטו נאר באקומען ביים הייליגן רבי'ן; אז מען ליינט דיין בריוו צעגייט די הארץ, דו שרייבסט: "מיין הארץ איז צעריסן אויף שטיקלעך, איך וויין ממש ווען איך שרייב די ווערטער, איך בין געבליבן מיט'ן זעלבן שמוציגן מח, איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם הייליגן מח, אבער אלע שמוץ איז געבליבן ביי מיר אין קאפ, וויפיל איך וויין צום אייבערשטן, וויפיל איך האב געוויינט צום רבי'ן אין אומאן, איז אבער אלעס געבליבן ביים אלטן. ווי לאנג וועל איך זיין געבינדען ביים יצר הרע?", דאס האסטו זוכה געווען צו באקומען אין אומאן; איך ליין דיינע ווערטער, דאס קען מען נישט שרייבן נאר נאכן זיין אין אומאן ביים רבינ'ס ציון.
דעריבער בעט איך דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך; נעם די ווערטער וואס דו שרייבסט, די בריוו, און זאג די ווערטער פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין הארץ איז מיר צעריסן אויף שטיקער; ראש השנה ביים ציון פון הייליגן רבי'ן די יאר אין אומאן האב איך געבעטן אזוי סאך אויף קדושת המחשבה, איך האב כמעט נישט געבעטן אויף קיין אנדערע זאך אויסער דאס, יעצט איז שוין אריבער אפאר וואכן און מיין הארץ איז מיר צעריסן אויף שטיקער; רבונו של עולם, איך וויין ווען איך זאג דיר די ווערטער, איך ליג אין טינוף, מיין גאנצע מח איז איין שטיק זבל, איין שטיק שמוץ, איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש אויסער טינוף; הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק האבן א ריינעם מח, וואס זאל איך טון? וויפיל איך וויין צו דיר - גארנישט רוקט זיך, עד מתי? ווי לאנג וועל איך זיין געבינדן ביים יצר הרע?!"
טייערער ברודער, לאז נישט אפ די עצה פון הייליגן רבי'ן; גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב א ליידיגע צימער, אדער אין גאס א ליידיגע גאס און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אים שפירן; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, אפילו יאר נאך יאר - וועסטו זוכה זיין צו א ריינעם מח מחשבה. מען דארף האבן אסאך סבלנות פאר דעם, עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף ווארטן און ווארטן ביז מען איז זוכה צו טהרת המחשבה.
קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (עלים לתרופה, מכתב כח) ער שרייבט פאר זיין זון: "וְלֹא אוּכַל לְהִתְאַפֵּק מֵעֹצֶם אַהֲבָתְךָ מִלִּכְתֹב לְךָ מְעַט מִמַּה שֶּׁאָמַרְתִּי בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ הֶעָבַר", ווייל איך האב דיר אזוי ליב קען איך זיך נישט איינהאלטן, איך מוז דיר שרייבן אביסל פון וואס מיר האבן גערעדט דעם פארגאנגענעם שבת, די הייליגע תורה זאגט (בראשית יח, א): "וְהוּא ישֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם", אברהם אבינו איז געזיצן ביים טיר ווען די זון האט געברענט, "יוֹשֵׁב" איז א לשון פון "הַמְתָּנָה וְעַכָּבָה זְמַן רַב", ווארטן; זיך אויפהאלטן א לאנגע צייט, "הַיְנוּ שֶׁאֵין הָאָדָם זוֹכֶה לְהִתְגַּלּוּת אֱלֹקוּת בְּחִינַת וַיֵּרָא אֵלָיו ה', כִּי אִם עַל יְדֵי שֶׁיּוֹשֵׁב וּמַמְתִּין וּמִתְעַכֵּב אֵצֶל פֶּתַח אֹהֶל הַקְּדֻשָּׁה זְמַן רַב", מען קען נישט זוכה זיין צו שפירן און טראכטן נאר פון אייבערשטן - נאר אז מען האט אסאך סבלנות, מען לויפט נישט אוועק, מען ווארט ביים טיר פון די קדושה, "וְאַף עַל פִּי שֶׁבְּתוֹךְ כָּךְ עוֹבֵר עָלָיו מַה שֶּׁעוֹבֵר", און אפילו עס גייט אריבער די גאנצע צייט וואס מען ווארט - וואס עס גייט אריבער, "וַחֲמִימוּת הַיּוֹם, שֶׁהֵם כְּלַל הַתַּאֲווֹת, בּוֹעֵר אוֹתוֹ הַרְבֵּה", עס ברענט די תאוות, מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט, "אַף עַל פִּי כֵן הוּא אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מיט דעם אלעם לאזט מען נישט אפ, מען געבט נישט אויף, "רַק הוּא יוֹשֵׁב וּמַמְתִּין וּמִתְעַכֵּב אֵצֶל הַפֶּתַח יָמִים וּזְמַנִּים רַבִּים, בְּחִינַת וְהוּא יוֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם, וְהָבֵן הֵיטֵב", מען ווארט און מען ווארט א לאנגע צייט, נאר אזוי איז מען זוכה צו וַיֵּרָא אֵלָיו ה'.
טייערער ברודער, וואס זאגסטו צו אזעלכע ליכטיגע ווערטער? דאס איז דאך ממש אזוי ווי קאלטע טרינקען פאר א הייסער דורשטיגער מענטש; בעט איך דיר זייער, ברודער ווארט, אנטלויף נישט, דו גיי אן מיט דיינע הייליגע עבודות, לערן דיינע שיעורים כסדרן; דער רבי זאגט נישט סתם, אז דער רבי זאגט אז דורך תורה און תפילה קומט מען אן צו די גרעסטע מדריגות - איז עס אזוי; אז דו וועסט ווארטן, דו וועסט נישט אנטלויפן - וועסטו זוכה זיין צו אלע מדריגות און אלע קדושות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#19 - איז דאס נארמאל אז איך דארף באדינען מיינע קינדער?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס בעט מיר מיין זון כסדר אז איך זאל טון פאר אים זאכן, אויפהויבן זאכן פאר אים פון דער ערד, אדער אים ברענגען א גלעזל וואסער ווען ער האלט אינמיטן ליינען, און אזוי ווייטער אלע סארט זאכן וואס ער קען אליין טון.


איך טראכט די גאנצע צייט אויב דאס איז נארמאל, אויב ס'פאסט אזוי צו טון, אדער דארף איך אים אויסלערנען אז ס'איז נישט שיין צו בעטן פון א טאטע אזעלכע זאכן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, דאס פילט אן מיט לעבן מיט אזויפיל גוטע זאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? די תורה זאגט נישט: "כַּבֵּד אֶת בִּנְךָ וְאֶת בִּתְּךָ", די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד דיין טאטע און מאמע.


עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן זיי מכבד זיין, פארלאנגען פון די קינדער זיי זאלן זיי באדינען; עס איז זייער וויכטיג דער טאטע זאל בעטן דאס קינד: "ברענג מיר א טרינק" וכדומה; עס איז זייער וויכטיג די מאמע זאל הייסן די קינדער: "הייב אויף דיינע וועש", "הייב אויף די שפילצייג"; אך און וויי פאר די עלטערן וואס לאזן די קינדער הפקר'דיג, עד כדי כך אז זיי באדינען די קינדער.


זייער אסאך מאכן דעם טעות, מען טראכט 'עס פעלט נישט אויס יעצט ווען די קינדער זענען קליין - זיי מחנך זיין, שפעטער ווען זיי וועלן גרויס ווערן דעמאלט גיי איך זיי אויסלערנען וויאזוי מען פירט זיך'; די עלטערן כאפן זיך נישט, ווען די קינדער ווערן גרויס איז שוין נישטא וואס צו טון, דעמאלט שפייען זיי די עלטערן אין פנים.


לערן דיינע קינדער ווען זיי זענען יונג ווי אזוי זיך צו פירן - וועסטו זען נחת פון זיי, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", זיי מחנך דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועסטו האבן מנוחה פון אים, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיר ברענגען נאר נחת.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און וועלן נאר דיר דינען, רבונו של עולם נעם אן מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר און געב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי אזוי קען איך מקרב זיין מיין מאן צו ברסלב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די געוואלדיגע שיעורים, איז מיין לעבן געטוישט געווארן צום גוטן, אין אלע אספעקטן אין לעבן. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וואלט אבער אזוי שטארק געוואלט אז מיין מאן זאל אויך אנהויבן הערן די שיעורים, אז ער זאל אויך האבן דעם גוטן לעבן וואס איך האב באקומען, עס וואלט אים אזוי שטארק געהאלפן. ווי אזוי קען איך מאכן אז ער זאל ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה והתבודדות, נישטא קיין שטערקערע געווער ווי תפילה והתבודדות; בעטס דעם אייבערשטן טאג טעגליך אז אייער מאן און קינדער זאלן זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. אז מען איז מקורב צום צדיק איז דאך אזוי גוט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן נג): "קִרְבַת הַצַּדִּיקִים טוֹב בָּעוֹלָם הַזֶּה וּבָעוֹלָם הַבָּא", זיין נאנט צום צדיק איז גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ווען איר צינדט די שבת ליכט, איר זענט ביי די לעכט מיט א פארדעקטע פנים, דעמאלט איז א צייט וואס די תפילות גייען ארויף אן קיין שטער; אלע הימלען זענען אפן פאר די תפילות פון אידישע פרויען, דעמאלט איז די בעסטע צייט צו בעטן אויף דעם, אז מען זאל זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן פאר אלע אידן, אלע זאלן זוכה זיין מקורב ווערן צום רבי'ן, אלע זאלן האבן די זיסע טעם אין לעבן וואס דער רבי געבט, ער האט זיי געזאגט זיי זאלן זאגן צום אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט די שבת ליכט, איך מאך ליכטיגקייט אין שטוב, אזוי זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, עס זאל שיינען אויף זיי די ליכט פון רבי'ן"; אזוי זאלט איר בעטן פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר די קומענדיגע דורות.


נישטא קיין שום אנדערע עצה אויסער תפילה; וואס מען וויל, וואס מען דארף - קען מען זוכה זיין צו באקומען דורך תפילה. מען דארף אבער אסאך סבלנות, עס גייט נישט איבער נאכט, מען דארף ווארטן מיט געדולד, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - איז נאך דא פאר מיר א וועג ארויסצוקריכן פון שמוץ?
התחזקות, תהלים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.


דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.


דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.


אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.


אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.


ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?


איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.


זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".


טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".


אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.


דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ביז מיין שידוך קומט אן?
שידוכים, סבלנות, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין 23 יאר ב"ה, און איך בין זייער צובראכן געווערן אז איך בין נאכאלץ נישט קיין חתן געווארן.


איך בין געפארן קיין יבנאל צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע, איך האב דארט אויסגעזאגט גאנץ תהילים און איך האב זיך מחזק געווען אז איך וועל זיכער געהאלפן ווערן. איך האב געהערט די שיעור וואס דער ראש ישיבה זאגט אז מען דארף אויסווארטן און האבן געדולד ווייל א ברכה פון א צדיק ווערט מקוים צום סוף, אבער איך האב שוין נישט קיין געדולד צו ווארטן אזוי לאנג, איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן טאג, וואך, און חודש. איך קען נישט מאכן קיין פלענער ווייל איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אפשר וועל איך ווערן א חתן בקרוב, און ווען איך זע אז ס'גייט אריבער נאך א טאג, און א וואך, און א חודש, טראכט איך וואס פאר א טיפש בין איך געווען, איך האב עס יא געקענט מאכן. און אזוי גיי איך אריבער שווערע טעג, איך האב נישט קיין טעם צו גיין ארבעטן, איך דאווען און איך לערן און איך האב שוין נישט קיין כח צו הערן אז נאך איינער איז א חתן געווארן, ספעציעל ווען יענער איז נאך יונגער פון מיר.


איך ווייס נישט וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון וואס פאר א פלענער רעדסטו? וואס וואלסטו געקענט מאכן?! דאווענען און לערנען דארף מען סיי אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס פאר א פלענער וועט צעשטערט ווערן אויב דו ווערסט א חתן.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו קענסט נישט אויסהאלטן צו זיין איינער אליין; די בעסטע עצה איז זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן, די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו - זאלסטו זאגן דעם אייבערשטן. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר שוין ברענגען דיין שידוך, שמועס מיט אים אין דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט; דאס אליינס, דאס בעטן דעם אייבערשטן - וועט דיר געבן כח צו האבן סבלנות. ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף דעם מענטש און געבט כח צו ווארטן ביז די ישועה קומט.


ביז דערווייל, ווילאנג דו האסט נאך נישט דיין שידוך זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום און רש"י ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, אזוי זאלסטו טון וואך נאך וואך. אויך זאלסטו לערנען משניות, זע צו לערנען ח"י פרקים משניות; משניות איז מתקן דעם מענטש, עס רייניגט די נשמה. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא און אויך זאלסטו לערנען הלכה. דאס דארף מען לערנען אלס קינד, אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה. מאך זיך פלענער וויפיל צו לערנען, דאס וועט נישט צעשטערט ווערן אז די ווערסט א חתן אדער אז דו ביסט נאך נישט קיין חתן.


איך בעט דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות, געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך; אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ - זאלסטו זיך אויפהייבן, אז דו ווערסט נכשל אין עבירות, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן - זאלסטו נישט ווערן מיואש, נאר זאלסט תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין א איד"; וויין צו אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט פוגם זיין; וואס טו איך מיט מיינע ביטערע שווערע נסיונות?!


פארליר זיך נישט, דיין ישועה איז שוין זייער נאנט; דו וועסט האבן דיין שידוך בקרוב ממש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - מעג מען אנטון דענים דזשינס קליידער פאר קינדער?
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, קליידער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען, איך האב זייער הנאה.


איך וויל פרעגן וועגן דענים דזשינס קליידער, אויב מ'מעג דאס אנטון פאר בעביס, און וואס טוט זיך אין פאל וואס עס איז נאר דער קאליר פון דענים, דזשינס, און נישט די עכטע סחורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס דארף מען אנטון די קליידער? פארוואס זאל מען נישט אנטון די קינדער איידל?!


איך פארשטיי נישט די שאלה; איר ווילט וויסן אויב מען מעג על פי הלכה? מען קען זאגן אז על פי הלכה איז עס אפשר נישט קיין פראבלעם, די שאלה איז פארוואס זאלן עלטערן וועלן אנטון די קינדער ווי די גוים? וואס איז די תאוה אז די קינדער זאלן אויסקוקן ווי די גוים? עפעס מוז זיין מיט די עלטערן.


דענים און דזשינס איז שיין?! דענים און דזשינס איז בכלל נישט שיין, שיין און זיס איז וואס אידן טוען אן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, כח; מדרש לקח טוב שמות ו, ו) אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין מצרים בזכות וואס זיי האבן זיך נישט אנגעטון אזוי ווי די גוים, בזכות וואס זיי האבן זיך נישט געגעבן נעמען ווי די גוים און אז זיי האבן נישט גערעדט ווי די גוים.


טוט אן אייערע קינדער פשוט, טוט זיי אן איידל, טוט זיי אן אידיש – וועט איר זען נחת פון זיי. בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס וויל איך אנטון מיינע קינדער מיט סטיילס אזוי ווי די גוים גייען? רבונו של עולם וואס איז מיט מיר? העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין גוים און אויף די וואס פירן זיך ווי די גוים; העלף מיר איך זאל זיין ריין. איך וויל זיין אן ערליכער איד, האבן ערליכע קינדער און נאר וועלן גיין ווי די ערליכע אידן".


נעמט א תהילים, זאגט א קאפיטל תהילים מיט הייסע טרערן; בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.