שאלה אין קורצן ענין
#96 - ווי אזוי נעם איך ארויס פארדרייטע מחשבות פון קאפ?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' זייער גוט צו מיר, מיר פארברענגען גוט צוזאמען און מיר פארשטייען זיך ברוך ה'.


איך האב אבער א פראבלעם אז איך האב נישט באמת אן עכטע געפיל צו אים, איך האב אים זייער ליב אבער מיין מח פליעט אלץ אוועק צו שלעכטע מחשבות, צו טראכטן פון אנדערע מענטשן, און איך קוק אלץ אויב אנדערע קוקן אויף מיר.


איך פרוביר זייער שטארק זיך צו שטארקן איבער די מחשבות, אבער זיי לאזן נישט נאך, עס שטערט מיך זייער שטארק, איך וויל אז מיין מח זאל זיין אינגאנצן מיט מיין מאן, נישט טראכטן פון אנדערע סארט זאכן חס ושלום, און וויפיל איך פרוביר אויסצורייסן די שלעכטע פארדרייטע מחשבות פון מיין קאפ, פליעט אבער מיין מח אוועק צו אלע אנדערע זייטן.


מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, און איך וויל אים ליב האבן מיט'ן גאנצן הארץ און געפיל, אבער עס גייט מיר נישט, מיין קאפ לויפט מיר אלץ צוריק צו טראכטן פון מיינע אלטע חבר'טעס, און דאס מאכט שוין אויך אז עס זאל מיך אנהויבן שטערן אנדערע זאכן פון אים ווי אזוי ער פירט זיך אויף.


וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד מען רעדט נישט צו מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינטשאפט, מען זאל זיך נישט שפילן איינער מיטן צווייטנ'ס קערפער, ווייל אויסער וואס דאס איז אן עבירה, דאס איז מעשה ארץ מצרים און מעשה ארץ כנען וואס די תורה זאגט (ויקרא יח, ג): "לא תעשו" - וועט מען אויך ליידן ווען מען האט חתונה. מען קען נישט ווערן נאנט מיטן מאן, מען קען נישט אויפשטעלן א שטוב אינאיינעם, עס בענקט צו נישט גוטע פריינטשאפט וכו' וכו'.


אבער אפילו ווען עס ציט צו נישט גוטע זאכן און אויך האט מען געטון נישט גוטע זאכן, און מען האט נישט קיין געפיל צום מאן וכו' וכו' - איז נאך דא א וועג צו ווערן אויסגעהיילט, און אז מען וויל זיך טאקע היילן, דער מענטש וויל ארויסגיין פון די נישט גוטע פלאץ - קען מען דורך תפילה והתבודדות אויסגעהיילט ווערן. דורכדעם וואס מען באשטימט זיך א צייט און א פלאץ יעדן טאג צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ווערן אויסגעהיילט, מען זאל ווערן ריין, ביז מען ווערט אויסגעהיילט.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, לייגט צו אייערע אייגענע ווערטער, לייגט צו ווערטער פון הארץ, בעטס: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך און איך לויב דיך פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס.


איך האב א פראבלעם וואס לאזט מיך נישט אנגיין מיט די חתונה געהאטע לעבן, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין געזונט, נישט גליסטן נאך די עקלדיגע אויפפירונג ווי די מצרים און די כנענים פירן זיך. הייליגער באשעפער נעם ארויס פון מיר די שלעכטע מחשבות, העלף עס זאל זיין חן און ליבשאפט צווישן מיר און מיין מאן, העלף אונז, מאך רוען די שכינה ביי אונז, מיר זאלן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט".


מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען זוכה זיין צו זאכן וואס זענען שלא כדרך הטבע, מען קען זיך אינגאנצן טוישן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - ווי אזוי איז מען קובע א צייט פאר התבודדות?
תפילות אויף אידיש, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין נישט גענוג שטארק אין זיך צו קובע זיין א צייט פאר התבודדות; איך רעד אסאך צום אייבערשטן דא א מינוט און דארט אפאר מינוט, אבער נישט באופן קבוע. דער ראש ישיבה שליט"א איז אזויפיל מחזק אויף דעם, ווי אזוי קען איך עס פועל'ן ביי מיר?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט מיט מיר און מיט מיינע דורות און אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דעם אליין דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען פאלגן דעם רבי'ן און יעדן טאג זיך קובע זיין א צייט צו קענען זיך מתבודד זיין.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן כה): "וְגַם יוּכַל לַעֲשׂוֹת לוֹ שִׂיחָה וּתְפִלָּה מִזֶּה בְּעַצְמוֹ", מען קען מאכן א שמועס מיטן אייבערשטן פון דעם אליין, "וְעַל זֶה בְּעַצְמוֹ יִצְעֹק וְיִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁנִּתְרַחֵק כָּל כָּךְ", און אויף דעם אליין זאל ער שרייען און זיך בעטן ביים אייבערשטן אז ער איז אזוי דערווייטערט פונעם אייבערשטן, "עַד שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל אֲפִלּוּ לְדַבֵּר", אז ער קען נישט רעדן צו אים, "וִיבַקֵּשׁ מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים שֶׁיַּחֲמֹל עָלָיו וְיִפְתַּח פִּיו", און ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים ער זאל קענען עפענען די מויל, "שֶׁיּוּכַל לְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו", און זיך קענען אויסשמועסן דאס הארץ מיט אים, "וְדַע", און וויסן זאלסטו, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים מְפֻרְסָמִים סִפְּרוּ", זייער אסאך גרויסע צדיקים האבן דערציילט, "שֶׁלֹּא בָּאוּ לְמַדְרֵגָתָם, רַק עַל יְדֵי הַנְהָגָה זוֹ", אז זיי זענען נישט געקומען צו זייערע גרויסע מדריגות נאר דורך התבודדות, דורך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


עס איז אינטערעסאנט אז די שטיקל ליקוטי מוהר"ן וואו דער רבי זאגט מען זאל זיך מאכן פון דעם אליין א תפילה, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אים קענען בעטן, די זעלבע ווערטער געפינען מיר פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו אין פרשת וארא (דבור המתחיל וידבר משה כו'). ער זאגט, דער אריז"ל זאגט אז אין מצרים איז געווען דער דיבור אין גלות און ביי די גאולה איז געווארן פה סח, פרעגט ער, ווי קען זיין אז די דיבור איז געווען אין גלות, די תורה זאגט דאך אז די אידן האבן געשריגן צום אייבערשטן, זאגט ער אז בעצם איז דער דיבור געווען אין גלות, זיי האבן אבער געשריגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם געב מיר דיבורים, געב מיר ווערטער איך זאל קענען רעדן צו דיר", ממש די זעלבע ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


ביי די מינוטן וואס עס גייט דיר יא דאס רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו בעיקר בעטן אויף דעם פרט, אז דו זאלסט זיך קענען קובע זיין א צייט יעדן טאג. ווי דער רבי זאגט, אז מען זאל זיך באשטימען א שעה צו רעדן צום אייבערשטן, בעט עס דעם איבערשטן ביז דו וועסט אנקומען צו דעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - קען איך נאך תשובה טון?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה וואס איך קען נישט פרעגן מיין דיין, איך שעם זיך ער זאל וויסן וואס איך טו, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערן.


איך האב אזויפיל פוגם געווען אין פגם הברית רחמנא ליצלן, איך גיי צו נישט גוטע פלעצער, איך שעם זיך צו שרייבן וואו איך גיי אלץ, איך וויל וויסן אויב איך קען נאך תשובה טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו תשובה טון, נישטא אזא זאך מען זאל נישט קענען תשובה טון, ווי לאנג מען לעבט קען מען תשובה טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "'בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר', אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל, הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן - קען שטענדיג צוריקקומען צו אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים סמ"ך מ"ם און רייסט זיך ארויס פון דארט, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


די עבירה פון פגם הברית איז זייער געפערליך, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן, אויך זאגט דער הייליגער זוהר (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא אן עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", עס איז נישט דא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה קען ווערן א קינד, איז עס אזוי ווי דער מענטש הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אויב א מענטש זינדיגט אסאך מאל, ווערט ער דערווייטערט פונעם אייבערשטן; אזוי זאגט דער הייליגער זוהר.


אבער וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס מוטשען זיך און זענען געפאלן אין די עבירה, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק.


ובכן אז עס איז אין דיר אריין א ווילן פון תשובה, זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן פון התבודדות, זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, איך גיי צו נישט גוטע פלעצער, איך האלט אין איין פאלן אין די עבירה, עס איז מיר זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס, שמוציגע קליפס. וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיך ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיך איין אז דו דארפסט מיך נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויסגיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - מעג א מאן קוקן אין א שפיגל?
הלכה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט פארוואס, אבער אזוי איז עס, איך האב נישט קיין שום גדרים מיט קוקן אין א שפיגל, עס איז ביי מיר א געהעריגע מותר'דיגע זאך, און איך וויל פרעגן אויב עס איז אמת אז מען טאר נישט קוקן אין א שפיגל, און אויב מען טאר נישט, אויב איז דא א פאל ווען מען מעג יא קוקן, אדער טאר מען קיינמאל נישט?


איך וויל זיין ערליך, דורך התבודדות הייב איך אן טראכטן זיך צו פארבעסערן מיין יראת שמים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א קלארע הלכה אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן קנו, סעיף ב): "אָסוּר לְאִישׁ לְהִסְתַּכֵּל בְּמַרְאָה", מען טאר נישט קוקן אין שפיגל, נאר פרויען מעגן קוקן אין שפיגל, "מִשּׁוּם לֹא יִלְבַּשׁ גֶּבֶר" אלס די לאו פון לא תלבש, "אֶלָּא אִם כֵּן מִשּׁוּם רְפוּאָה", נאר אויב ער דארף דאס פאר רפואה, "כְּגוֹן שֶׁחוֹשֵׁשׁ בְּעֵינָיו", צום ביישפיל די אויגן טוען וויי און ער דארף קוקן וואס איז אין די אויגן, "אוֹ שֶׁמְּסַפֵּר עַצְמוֹ", אדער אויב מען שערט זיך אליין אפ און מען דארף זען נישט אפשערן די פיאות, "אוֹ אִם מִסְתַּפֵּר מִן הָעוֹבֵד כּוֹכָבִים בֵּינוֹ לְבֵינוֹ". דער רמ"א זאגט: "וְיֵשׁ אוֹמְרִים, הָא דְּאָסוּר לִרְאוֹת בְּמַרְאָה הַיְנוּ דַּוְקָא בְּמָקוֹם דְּאֵין דֶּרֶךְ לִרְאוֹת בְּמַרְאָה רַק נָשִׁים, וְאִית בֵּיהּ מִשּׁוּם לֹא יִלְבַּשׁ גֶּבֶר", עס איז דא א שיטה וואס זאגט אז דער איסור איז נאר אין א פלאץ וואו נאר פרויען קוקן אין שפיגל, נאר דעמאלט איז דא דער איסור פון לא תלבש, "אֲבָל בְּמָקוֹם שֶׁדֶּרֶךְ הָאֲנָשִׁים לִרְאוֹת גַּם כֵּן בְּמַרְאָה, מֻתָּר", אבער אויב דער סדר איז אז אויך מענער קוקן אין שפיגל - מער מען יא.


למעשה איז מען מחמיר נישט צו קוקן, נאר אויב מען דארף עס פאר רפואה פאר די אויגן, אדער פינטלעך וכו'.


שטארק זיך מיט התבודדות און מיט די עצות פון רבי'ן, ביז דו וועסט זוכה זיין אז דו אליין וועסט ווערן א שפיגל. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן יט, אות ט): "כִּי צָרִיךְ לְזַכֵּךְ אֶת הַפָּנִים", מען דארף זיך אויסלייטערן די פנים, "שֶׁיּוּכַל כָּל אֶחָד לִרְאוֹת אֶת פָּנָיו", אז יעדער איינער זאל קענען זען זיין אייגענע פנים, "בַּפָּנִים שֶׁלּוֹ", ווען מען קוקט אויף דיין פנים, "כְּמוֹ בְּמַרְאָה", אזוי ווי מען קוקט אין א שפיגל, "עַד אֲשֶׁר בְּלֹא תוֹכָחָה וּבְלֹא מוּסָר", אז אפילו מען וועט יענעם נישט זאגן קיין מוסר און קיין שטראף רייד, "יִתְחָרֵט חֲבֵרוֹ תֵּכֶף עַל מַעֲשָׂיו", וועט דער חבר זיינע חרטה האבן אויף זיינע מעשים, "רַק מִמַּה שֶּׁיַּבִּיט בַּפָּנִים שֶׁלּוֹ", נאר פון קוקן אויף זיין פנים, "כִּי עַל יְדֵי שֶׁיַּבִּיט בַּפָּנִים שֶׁלּוֹ", ווייל ווען ער וועט קוקן אויף דיין פנים, "יִרְאֶה אֶת עַצְמוֹ כְּמוֹ בְּמַרְאָה", וועט ער זיך זען אזוי ווי אין א שפיגל, "אֵיךְ פָּנָיו מְשֻׁקָּע בְּחֹשֶׁךְ", ווי פינסטער זיין לעבן איז אים.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, גיי אין א ווינקל און רעד אויס דיין הארץ, זאג: "הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, די קאפ ליגט מיר אין נארישקייטן און איך טו נארישקייטן, העלף מיר איך זאל שוין אפלאזן די נארישקייטן און זיך צוריק קערן צו דיר", לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן אליין א שפיגל.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - ווי אזוי הער איך אויף קוקן אויף פרויען?
תפילות אויף אידיש, אמונה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א דיבוק, איך האב ממש א שיגעון צו קוקן אויף פרעמדע פרויען, וואס טו איך? ראטעווע מיך!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב), עס איז דא 'אריך אנפין פון די קדושה' און עס איז דא 'אריך אנפין דקליפה'; אריך אנפין דקדושה איז, וואו מען קוקט נאר זעט מען אלוקות, מען זוכט אויף אין יעדע זאך דעם אייבערשטן, מען ווייסט אז אלעס איז אזוי ווי א קלייד, א פארשטעלאכטס, סיי דומם צומח חי מדבר, אלעס איז אייבערשטער, און פינקט פארקערט איז די קליפה פון אריך אנפין, וואו מען קוקט - זעט מען נאר פרוצות רחמנא לצלן, מען זוכט וואו צו זען נאך א קליפה, נאך א טומאה, "ומי שפוגע באשה מבחינה זו, קשה לו להנצל מהרהור", און דער וואס פאלט אריין אין די קליפה איז אים זייער שווער געראטעוועט צו ווערן, "ואף אם יעצים עיניו", און אפילו ער וועט פארמאכן די אויגן, "אף על פי כן בכל צד שיפנה תזדמן לו", וועט ער נאכאלץ זען די קליפות, עיין שם.


די עצה איז צו זוכן אריך אנפין דקדושה, זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, און בפרט ווען מען גייט ארויס פון שטוב, מען איז אונטערוועגנס, זאל מען בעטן א גאנצן צייט: "הייליגער באשעפער, אנא אמצאך, וואו קען איך דיך געפינען", און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ווערן געראטעוועט פון א שלעכטע קוק.



דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - ווי אזוי קען איך געראטעוועט ווערן פון א שווערע נסיון?
סיפורי צדיקים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז צום ערשט דאנקען דעם אייבערשטן און דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך בין זוכה שוין א לאנגע צייט צו הערן די הערליכע טייערע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחי' נפשות. לעצטנס האב איך געהאט א שטיק צייט וואס איך האב נישט געהערט די שיעורים, און איך האב עס זייער שטארק געשפירט, איך האב נישט געהאט קיין ישוב הדעת, און איך האב צוריק אנגעהויבן הערן די שיעורים, און איך האב אביסל צוריק באקומען די ישוב הדעת.


איך וויל זיך אויסשמועסן מיין הארץ, און בעטן אן עצה און חיזוק. איך בין ברוך ה' א אינגערמאן, חתונה געהאט מיט קינדערלעך בלי עין הרע, איך הייס א חשובער אינגערמאן, איך לערן און איך דאווענען און איך בין א ראש החבורה, אבער ליידער האב איך א גרויסער יצר הרע צו קוקן אויף פרויען, איך האב כסדר שלעכטע מחשבות, און דאס טוט מיר זייער וויי, ווייל איך וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, אבער עס גייט מיר פשוט נישט, איך קען זיך נישט שטארקן אויפ'ן יצר הרע.


ספעציעל האב איך א שטארקע נסיון אויף א געוויסע מיידל וואס וואוינט אין מיין געגנט, עס ציעט מיר זייער שטארק צו איר, און כאטש וואס איך ווייס קלאר אז זי וויל מיר נישט האבן, אזוי ווי איך האב שוין געזען עטליכע מאל, קען איך אבער נישט מסיח דעת זיין פון איר, און איך בין ממש קראנק אויף דעם. ווען נישט וואס איך ווייס אז עס איז דא פאליציי, וואלט איך שוין לאנג דורכגעפאלן רחמנא ליצלן, איך ווייס אז אויב וועל איך זיך דערוואגן עפעס צו טון וועט זי גלייך רופן פאליציי און איך וועל זיך טרעפן אונטער שלאס און ריגל, און דאס האלט מיר צוריק, אבער אין מיין מח טראכט איך כסדר פון איר, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך מוז צולייגן אז איך לערן שיעורים כסדרן, איך האב א שיעור אין משניות א פרק א טאג, איך האב א שיעור אין גמרא, חומש, תהלים, און איך בין זיך מתבודד אביסל יעדן טאג אויף דעם, אבער עס זעט אויס אז אויף די זאך איז נישטא קיין עצה, קיין שום זאך העלפן נישט.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט עפעס א ספעציעלע עצה פאר מיר, איך דארף אבער חיזוק אויף דעם, איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס, און איך האב מורא אז איך וועל אריינפאלן אין א יאוש און דעמאלט וועט מיר זיין זייער ביטער. איך וועל זיך פרייען אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעבעך נעבעך, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש זאגט דאס מיינט מען ווען מען ווערט משוגע פון זיך נישט היטן די אויגן; זאג דו אליין, איז דאס נישט קיין שגעון? האסט א ווייב מיט קינדער און דו האסט נישט וואס צו טון ווי זיך פייניגן מיט טראכטן פון עבירות, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, ווייל דער מענטש ברענגט זיך צו טון עבירות, און ווי רש"י זאגט: טראכטן פון פרויען, "קשים להכחיש את בשרו יותר מגופו של מעשה", עס איז אזוי געפערליך, עס מאכט אלט און שוואך, עס הרג'עט דעם מענטש.


איין עצה איז דא פאר דיר, זאלסט יעדן טאג גיין התבודדות און וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, דער יצר הרע פלאקערט אין מיר, ער איז מיך מכשיל מיט קוקן אויף פרויען, און יעצט האב איך א שרעקליכע צרה, איך פייניג זיך מיט דמיונות פון טון עבירות מיט (זאג ארויס פארן אייבערשטן אלעס). הייליגער באשעפער, איך ווער פארברענט, ראטעווע מיך, איך זאל זיך פון היינט און וויטער היטן מיינע אויגן".


אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ביז מען וועט אויף דיר רחמנות האבן, און אויך זאלסטו בעטן אויף שמחה און טון אלעס צו זיין פרייליך, ווייל די עבירה פון ניאוף איז זיך מתגבר אויף בעלי מרה שחורה, און שמחה פארטרייבט די מחשבות.


מוהרא"ש דערציילט די מעשה פון נטע פון אומאן, א יונגער בחור וואס איז אנגעקומען אין אומאן, ער האט זיך געדרייט צווישן אנשי שלומינו, דארט האט ער געהערט די זאך פון התבודדות, פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. נאכדעם האבן אים די רוסן ימח שמם פארכאפט קיין סיביר, ער האט דארט באקומען אן אמט אין א אפיס, צו באדינען די רוסישע גענעראלן, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'אישע מיידל, א גלח'ס טאכטער, און זי האט אים געמוטשעט טאג נאך טאג, קום טון מיט מיר אן עבירה, זי האט אים געזאגט: "לאז אפ אידישקייט; דא אין סיביר וועט קיינער נישט וויסן וואס מיר טוען, פון דא גייט קיינער נישט אהיים", דער בחור נטע האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ער האט געשפירט ווי עס ענדיגט זיך זיין לעבן, ער שטייט פאר א שרעקליכע נסיון, ער גייט פאלן אין א טיפן אפגרינד.


ער האט זיך דערמאנט פון די עצה פון התבודדות, ער איז ארויס פון אפיס, ער האט זיך באהאלטן אין פעלד און געשריגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך! איך שפיר ווי איך האב נישט די כחות פאר דעם, איך ווער פארברענט! איך בעט דיר זייער, אדער זאלסטו מיר ארויסנעמען מיין נשמה, אדער מאך א נס אז איך זאל עומד זיין בנסיון", אזוי איז געווען טאג נאך טאג, זי האט אים געמוטשעט און ער איז געגאנגען התבודדות, שרייען צום אייבערשטן: "טאטע, ראטעווע מיך", אזוי האט דאס אנגעהאלטן ביז דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, די רוסן ימח שמם האבן אים באפרייט.


פאר ער איז אוועק פון דארט האבן זיי אים געמאכט א מסיבת פרידה, האט דאס גוי'אישע מיידל, די קליפה, געבעטן - אז זי וויל זאגן אפאר ווערטער לכבוד די געזעגענען, און זי האט געזאגט: "אויב איז דא אויף די וועלט א צדיק, איז עס דער בחור! איך האב אים געמוטשעט טאג טעגליך, און ער האט מיך נישט צוגעהערט".


נטע איז צוריק געקומען קיין אומאן און ער האט דערציילט זיין איבערגייאכטס, ער האט דערציילט וואס פאר א נסיון ער האט דארט געהאט. מוהרא"ש דערציילט, ער האט אליין געהערט פון עלטערע ברסלב'ער חסידים אז זיי האבן אלע געוויינט ווען ער האט דערציילט זיין געשיכטע, זיי האבן אים געפרעגט פון וואו ער האט געהאט די כחות? האט ער געזאגט: "פון ענק, פון התבודדות; ווען איך ווייס ווען נישט די עצה פון התבודדות - וואלט איך אראפגעפאלן"; אזוי ווי יוסף הצדיק האט עומד געווען בנסיון מיט די עצה פון התבודדות, די ליפן זיינע האבן נישט אויפגעהערט צו שעפשען תפילות, תחינות און בקשות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#90 - פארוואס בין איך נישט א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בעט שוין אזוי לאנג אז איך זאל ליב האבן מיינע קינדער, און נעבעך איינע פון מיינע קינדער ליידט פון מיר, מיינע מידות זענען נאך אזוי רוי, איך דארף הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים ווען ער ניצט זיי הענט אויף די אנדערע קינדער, ווען ער צעשרייט זיך ווען איך אדער מיין מאן פרעגן אים איבער עפעס וואס מיר האבן נישט פארשטאנען קלאר וואס ער האט געזאגט, ווען ער פארלירט זיך און טוט ווילדע זאכן, ווי למשל נעמען א בעזעם שטעקן צו שלאגן, ווי אזוי רעאגיר איך? וואס זאג איך דעמאלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס צעקלאפט איר זיך? וואס רעדט איר אזוי שלעכט אויף זיך? אז א קינד האט א שווערע נאטור און מען דארף דאס אים העלפן אויסארבעטן - דאס מיינט נישט אז די עלטערן האבן שלעכטע מידות, און אז א קינד שלאגט און נעמט שטעקנס צו שלאגן די אנדערע קינדער און מען דארף אים קנס'ענען - דאס מיינט נישט אז דאס קינד ליידט פון די עלטערן; מען ליידט פון זיך אליין פון די שווערע נאטורן, און עלטערן דארפן העלפן די קינדער אויסארבעטן די שווערע נאטורן.


אז איינער פון די קינדער ווילדעווען - דארף מען אים אויסלערנען אז מען קען נישט ווילדעווען; מען קען נישט שלאגן, מען קען נישט שעדיגן געשוויסטער. אמאל דארף מען אים לייגן אין די זייט ביז ער בארואיגט זיך און ביז ער בעט איבער, אמאל העלפט מען אים ארויסזאגן די ווערטער "איך גיי שוין זיין גוט", אמאל פרעגט מען: "גייסט שוין זיין גוט?" און אז דער קינד געבט נאר א קליינע שאקל דעם קאפ, זאגט מען הויך: "ברוך השם מיר האבן א טייער קינד, די יצר הרע איז שוין ארויס פון שטוב".


אמאל אז א קינד איז זייער ווילד, שלאגט און שטויסט, קען זיין אז דאס קינד איז הונגעריג. אמאל קען זיין אז דאס קינד איז מיד, דארף מען געבן וואס שנעלער עפעס עסן און זען וואס מען קען טון.


אויסלערנען קינדער צו פאלגן - איז נישט פארקערט פון זיין א גוטע מאמע, חס ושלום אויב מען לאזט קינדער טון וואס זיי ווילן, דאס איז די שלעכסטע זאך וואס קען זיין; אודאי דארף דאס זיין מיט אסאך גוטע ווערטער און אסאך ליבשאפט, אויסרימען, אויסלויבן, אבער אויך דארף מען לערנען קינדער ווי צו רעדן צו עלטערן, און אויף נישט שלאגן געשוויסטער וכו'.


דער עיקר איז תפילה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר די קינדער, און ביי די שבת ליכט איז גאר א גוטע צייט צו בעטן פאר די קינדער, בעטס ביי די שבת ליכט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, הייליגער באשעפער איך ווייס נישט ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, איך ווייס נישט ווי אזוי צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווען צו זאגן, העלף מיר איך זאל מחנך זיין מיינע קינדער מיט שמחה, מיט ישוב הדעת, און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - ווי אזוי האט מען א לוסטיגע פורים, אן קיין לעבעדיגע גאסן?
תפילות אויף אידיש, שמחה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען צוגעוואוינט אלע יארן צו זיין אין א גרויסע לעבעדיגע שטאט אום פורים, עס איז אלץ געווען פרייליך און לעבעדיג אויף די גאסן, אויסער דעם וואס איך בין געגאנגען צו מיינע עלטערן וואס דארט קומט זיך צוזאם די גאנצע משפחה און עס ווערט אויטאמאטיש מער פרייליך.


דאס יאר געפאלט פורים אום ערב שבת קודש, און אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן אין קרית ברסלב אין שטעטל, לכבוד דעם זעט אויס אז מיר וועלן נישט קענען פארן אין ערגעץ, און עס ווערט שוין יעצט אומעטיג ביי אונז אין שטוב אז מיר גייען האבן דאס יאר א נעבעכדיגע פורים, עס וועט נישט זיין פרייליך, מען וועט דארפן זיצן אליינס אינדערהיים.


ווי אזוי קען מען מאכן א פרייליכע און לעבעדיגע פורים זיצנדיג אינדערהיים, אן צו זען לעבעדיג אין די גאסן, אן מיטצוהאלטן לוסטיג מיט די משפחה, און אזוי ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, ט' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואו צו זיין פורים וכו'; מענטשן האבן א טעות, מענטשן זוכן א פלאץ וואו צו זיין פרייליך, עס האט נישט מיט די פלאץ, זיין פרייליך איז נישט אין א פלאץ, זיין פרייליך איז אין הארץ, זיין פרייליך איז ווען מען נעמט אריין אין מח אז דער אייבערשטער איז דא, ער האט מיך ליב, און ער האט ליב מיינע מצוות, ער האט ליב צו הערן מיין קול ווי איך בעט אים; דאס איז אמת'ע שמחה, זיין פרייליך איז נישט דא אדער דארט, עס איז דורך שרייען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זוכה זיין צו זיין פרייליך, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מיין מרה שחורה".


ווער עס געדענקט פורים ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען קיין גרויסער עולם אויסער די לעצטע פאר יאר ווען די ישיבה פלעגט קומען, עס איז געווען גאנצע צען מענטשן, אבער די שמחה איז געווען אזוי שטארק, די שמחה איז אין הארץ, מען טאנצט, מען פרייט זיך ווי מען געפינט זיך נאר, אז מען האט א רבי וואס שרייט: "שכל קוויך" אלע וואס האפן און ווארטן און ווילן זיין גוט  - "לא יבושו", וועלן נישט פארשעמט ווערן, "ולא יכלמו לנצח, כל החוסים בך", און אלע וואס ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן - וועלן געהאלפן ווערן, מען האט מרדכי הצדיק וואס איז לוחם מיט המן הרשע.


ווער עס האט נאר געטראפן ברסלב'ע חסידים פורים, ווייסט אז דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט, מען זעט שמחות און בכיות, מען לאכט און מען וויינט, מען טאנצט און מען וויינט ביידע אינאיינעם, מען הערט די שמחה אז מען האט א רבי און מען הערט וויינען אז מען וויל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.


פורים איז נישט די מוזיק אין די גאסן, עס איז נישט די צעלאזטע זאכן, מען מוטשעט זיך אין די גרויסע שטעט ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן, נישט דאס איז פורים, דאס איז עקשע"ן, פורים איז א הייליגע שמחה, מען טרינקט וויין און עס קומט ארויס די סוד אז עס איז נישטא קיין טבע, נישטא גארנישט נאר דער אייבערשטער.


בלייבט אין שטעטל און מאכט א סעודה אינאיינעם, שלעפט אייך נישט אריין אין שטאט, עס האט נישט קיין פשט אין אזא הייליגע צייט זיך צו שלעפן אויף די וועגן מיט א משפחה וכו', נעמט אייך צאם, מאכט א סעודה און טרינקט און טאנצט, און פועל'ט אלע ישועות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - זאל איך זיך אריינמישן אין די צניעות פון מיין ווייב'ס קליידער?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, קליידער, תפילות אויף אידיש, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט א גוטע וואויל איבערגעגעבענע פרוי, זי האט א גוט הארץ, זי שטעלט מיך צופרידן מיט אלעס וואס איך דארף, און איך האב איך ליב ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך דארף זיך באגיין מיט די צניעות פון מיין ווייב? מיין ווייב איז מער מאדערן פון מיר, איך קוק עס נישט אן אלס א חסרון, פון איר זייט ווייל זי מער אן אפענע און מאדערענע שטוב, צום ביישפיל זי וויל האבן א סמארטפאון וכו'.


ווען עס קומט צו קליידער וויל איך פרעגן אויב איך דארף זיך בכלל אריינמישן אין וועלכע קליידער זי קויפט זיך; און אויב יא, ווען יא און ווען נישט?


די שאלה איז בכלליות ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין שטוב זאל זיך פירן פונקט ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז עס דארף זיין, און וועגן די קליידער וואס יא און וואס נישט איר צו זאגן.


איך בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מדריך זיין אויף ריכטיגן וועג וועג, און איך וועל אי"ה אננעמען אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו פארשטייסט נישט צו צניעות, דו ווייסט נישט וואס איז איידל און וואס נישט - זאלסטו זיך מאכן א כלל און אלץ קוקן אויף די עלטערן; אז דיין ווייב קויפט זיך א קלייד און זי פרעגט דיר: "עס איז גוט? עס איז איידל?" און דו ווייסט נישט וואס צו ענטפערן, פרעג איר: "דיין מאמע גייט אזוי? דיין מאמע וואלט געזאגט עס איז גוט? אפשר ווילסטו פרעגן דיין מאמע?" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים א, ח): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווייסט נישט וואס איז שיין פאר א פרוי, "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", זאלסטו גיין אין די וועגן פון די עלטערן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט גיין אנגעטון ווייניגער איידל ווי איר מאמע, דו זאלסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער אויף בלייבן אנגעטון איידל ווי איר מאמע, נישט גיין א סענטימעטער קורצער, שמאלער, מער אויפפאלנד - ווי די מאמע. אז זי וויל טוישן פון איר מאמע – קען זי מאכן נאר מער איידל, אבער נישט אויף אראפ.


בנוגע די סמארטפאון; זאלסטו איר געבן גוטע ווערטער און זאגן אז עס איז ענדערש צו פאלגן צדיקים וואס זאגן מען זאל נישט ארייננעמען אין שטוב קיין טעלעפאן, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם - ווי איידער זיך באקוועם מאכן און נישט פאלגן די צדיקים, ווייל עס קען אמאל צעפאלן א גאנצע שטוב וועגן א טעלעפאן. די צדיקים זעען ווייטער, זיי זעען העכער, זיי ווייסן וואס וועט זיין אין צען יאר, אין צוואנציג יאר; עס לוינט צו פאלגן און בלייבן מיט א שיינע ערליכע שטוב.


גיי התבודדות יעדן טאג, שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זוכה זיין צו ערליכע דורות, הייליגע דורות, וואס וועלן גיין אין די וועג פון די תורה און אין די וועג פון צדיקים"; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף אן ערליכע שטוב און אויף ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - יעדער ווערט חתנים, פארוואס נאר איך נישט?
שידוכים, יבנאל, תפילות אויף אידיש, מוהרא"ש, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסער יישר כח אויף מיין לעבן, מיין גאנצע חיות אין אידישקייט איז נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס גייט מיר נישט אריבער א טאג אן הערן כאטש צוויי שיעורים, און די עצתו אמונה און די ניגונים דאס איז מיין לעבן, און א באזונדערע יישר כח אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, און בפרט אויף די פריערדיגע בריוו, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן חיזוק נישט מורא צו האבן, און אז מיין שידוך וועט אנקומען און איך זאל ווארטן מיט סבלנות.


לעצטנס בין איך אבער זייער נערוועז, איך זע ווי מיינע חברים ווערן חתנים, און ביי מיר רירט זיך גארנישט, איך דאווען אזוי פיל אויף דעם און איך האב שוין געזאגט דריי מאל תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, און אויך ביי די יארצייט בין איך געווען ביי מוהרא"ש ציון, און עס זעט נישט אויס אז עפעס רירט זיך. איך האב געוואלט בעטן אויב איך קען באקומען מער חיזוק אויף דעם, און הדרכה אויף ווייטער ווי אזוי זיך צו פירן.


יעדע פאר טעג גיי איך נאכאמאל איבער דעם קונטרס "מציאת הזיווג", און נאר בזכות דעם קונטרס און בזכות די התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א קען איך זיין רואיג, אבער איך דארף נאכאלץ חיזוק.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב איך קען באקומען א תפלה פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שיקן א בריוו צו מיינע עלטערן אז זיי זאלן שוין אנהויבן זוכן א שידוך פאר מיר.


אויך וויל איך פרעגן אויב ווען איך באקום אן ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער עס איז נישט געענטפערט געווארן אלע מיינע שאלות וואס איך האב געפרעגט, אויב איך זאל נאכאמאל שיקן א בריוו און איבערפרעגן, אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסער יישר כח אויף מיין שיינע לעבן, און אנטשולדיגט פאר די לאנגע בריוו, עס איז מיר אבער זייער וויכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות, ווער נישט צעפאלן ווען דיינע חברים ווערן חתנים און דו ביסט נאכאלץ א בחור; יעדער האט זיין שידוך, יעדער האט זיין ענין. נאך איידער דו ביסט באשאפן געווארן האט מען שוין אויסגערופן אין הימל דיין שידוך, מען דארף ווארטן מיט סבלנות און בעטן מיט רחמנות מען זאל שוין טרעפן די שידוך.


כאפ זיך נאכאמאל אריבער קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. ווייל ווען א צדיק איז מבטיח - וועט אזוי זיין, מען דארף נאר האבן א שטארקע אמונה, אויסווארטן אויף די ישועה, און אז מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג" - דארף מען גלייבן און ווארטן מיט סבלנות.


זאג יעדן טאג קרבנות הנשיאים, און נאכן זאגן די קרבנות הנשיאים זאלסטו בעטן פאר א שידוך. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף; וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; און ווען מען ענדיגט זאגן די קרבנות הנשיאים בעט מען דעם אייבערשטן פאר א שידוך.


עס איז דא א הארץ רייסנדע תפילה פון מוהרא"ש פאר בחורים און מיידלעך זיך אויסצו'טענה'ן און בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, דא האסטו די תפילה, לייג דיר אוועק די תפילה אין טאש, און יעדן טאג זאלסטו זיך אויפזוכן א ליידיגע פלאץ און וויינען צום אייבערשטן די תפילה, און צולייגן אייגענע געבעטן, וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - ווי אזוי האט דאס קינד אויפגעהערט בייסן די נעגל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין מיין חדר איז דא א אינגל וואס בייסט די נעגל כסדר, איך האב אים געזאגט ער זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און אזוי וועט ער אויפהערן.


אויפ'ן וועג צום פארק גייט מען דורך א שול, און אסאך מאל ווען עס איז ליידיג גייט מען דארט אריין צו קושן דעם ארון הקודש, איינמאל הער איך ווי ער בעט דעם אייבערשטן, "אייבערשטער העלף איך זאל נישט בייסן די נעגל", און היינט כאפ איך זיך אז כמעט וואס ער בייסט שוין מער נישט די נעגל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לייגסט אריין אין די קינדער תפילה, זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן; יעדע זאך וואס מען דארף, יעדע זאך וואס מען וויל - איז דא נאר איין עצה, 'תפילה'; בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען בעט פון א טאטע, אזוי ווי מען בעט פון א גוטע פריינד. אז מען לערנט דאס מיט קינדער, מען רעדט פון תפילה נאכאנאנד - גייט דאס אזוי שטארק אריין אין זייערע ביינער, זיי געדענקען דאס פארן גאנצן לעבן, און ווען זיי וועלן דארפן און וועלן עפעס אין לעבן - וועלן זיי וויסן אז דורך תפילה קען מען דאס באקומען.


זייער גוט טוסטו אז דו גייסט מיט זיי אריין אין א ליידיגע שול און דו לערנסט זיי אויס צו קישן די פרוכת, און אויך אז זיי זאלן בעטן ביי די פרוכת. מוהרא"ש האט דערציילט ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה (מען האט אים גערופן בלשון חיבה ר' יעקב מלמד) - פלעגט אריינלייגן אין די קינדער אמונה, ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, די חדר איז געווען אין א שול, און ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


מוהרא"ש האט געזאגט אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד, פון די אמונה און פון די תמימות ופשיטות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די קינדער. מוהרא"ש האט אויך פארציילט אז ער פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה, און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארעמעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - ווי אזוי פירט מען זיך זייענדיג ביי די שוויגער אינדערהיים?
שלום בית, שווער און שוויגער, קינדער, תפילות אויף אידיש, דרך ארץ, מדות טובות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס ווארט אויף א שמחה קיין עין הרע, מיר האלטן ביים ערשטן קינד מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומוצלחת, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גייט מיין ווייב קימפעטן ביי מיין שוויגער און מיר גייען זיך אריינציען צו מיין שוויגער אינדערהיים פאר א שיינע פאר וואכן; וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר צוגרייטן ווי אזוי מען פירט זיך אויף ווען מען וואוינט ביי די שוויגער, בכלל ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אין די הויז, צי קען מען זיך דרייען מיט נאכט קליידער, און ווי אזוי מען רעדט מיט די שוויגער אז מען באגעגנט זיך אזויפיל מאל, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים אויף קול ברסלב, און ספעציעל פאר די שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט פאר אינגעלייט יעדן דאנערשטאג נאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, מען גרייט זיך אויף א שמחה; וויפיל משפחות שטייען און ווארטן עס זאל זיי שוין ליכטיג ווערן, זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער; וויפיל עלטערן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז זייערע חתונה געהאטע קינדער זאלן שוין זוכה זיין צו קינדער, און אז מען איז זוכה, מען גייט האבן א קינד - דארף מען טאג און נאכט זאגן: "שכוח אייבערשטער, איך דאנק דיך אייבערשטער, ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", און בעטן פאר אידישע קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו קינדער און צו נחת פון די קינדער.


אז דיין ווייב'ס עלטערן נעמען דיך אריין פאר אפאר וואכן - דארפסטו זיי זייער דאנקען. ווען דו קומסט אהיים צו זיי זאלסטו זיי גרוסן און זאגן שכוח, קיינמאל נישט אריינקומען אן קלאפן, און ווארטן מען זאל דיר עפענען; אפילו מען מאכט דיר שפירן היימיש וכו' - זאלסטו זיך פירן מיט דרך ארץ.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו זען צי דו קענסט עפעס העלפן, ווי למשל ארויס טראגן די מיסט וכדומה לזה. אזוי אויך, ווען מען געבט דיר עסן זאלסטו זיך באדאנקען אויף די עסן. דריי זיך נישט ארום מיט די נאכט קליידער, פיר זיך אויף אזוי ווי מען פירט זיך אין די פרעמד, און אפילו זיי וועלן דיר באקוועם מאכן און דיר זאגן זאלסט זיך פירן היימיש, זאלסטו זיי באדאנקען אבער זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ. א שוויגער גריסט מען, און אז מען פרעגט שאלות ענטפערט מען, מען פירט זיך מיט שכל און מיט יראת שמים.


קוק אוועק אויף דיינע באקוועמליכקייטן, און אז עס איז דיר באקוועמער צו זיין אין דיינע אייגענע ד' אמות - זאלסטו געדענקען אז א קימפעטארין דארף זיך אפרוען, בפרט ביי די ערשטע קינד דארף מען האבן די מאמע זיך אפצורוען, זאלסטו נישט זאגן און אויך נישט מרמז זיין אז עס איז דיר נישט אזוי באקוועם, זאלסט זיך פרייען אז דיין ווייב קען זיך אפרוען, און ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו צוריק אהיים גיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - פארוואס בין איך נישט פרייליך?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך ווי א כפוי טובה פאר'ן אייבערשטן, אלעס גייט מיר ברוך ה' אזוי פיין, מוהרא"ש שרייבט אזויפיל מאל "אלע דיינע פראבלעמען קומען ווייל דו ביסט נישט פרייליך", וויל איך פרעגן פונעם ראש ישיבה שליט"א פארוואס טאקע בין איך נישט פרייליך? פארוואס נעמט מיר אזויפיל מאל ארום אזא טרויעריגקייט? איך קען זיך נישט באפרייען דערפון...


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיין פרייליך איז נישט קיין גרינגע עבודה, זיין פרייליך איז די שווערסטע עבודה, און די הייליגסטע עבודה; זוכה זיין צו שמחה איז נישט קיין גרינגע זאך, מען דארף אויף דעם אזויפיל בעטן, און אזויפיל שרייען צום אייבערשטן; בעט דעם אייבערשטן די תפילה יעדן טאג:


"רבונו של עולם געב מיר שמחה, איך זאל זיין אזוי פרייליך, איך זאל דיך שפירן אין אלע מיינע ביינער און אין אלע מיינע אדערן, איך זאל זיין אזוי שטארק פרייליך - ביז די שמחה וועט קומען צו מיינע פיס און איך וועל טאנצן יעדן טאג פון גרויס שמחה אויף די גרויסע חסדים אז איך בין איד און אז איך קען טון דיינע מצוות.


אנא השם איך בעט דיר אייבערשטער, הרחק ממני את העצבות והעצלות, נעם אוועק פון מיר די דערביטערטקייט און די פוילקייט, העלף מיר איך זאל יעדן טאג רעדן מיט אנדערע פון דאס גרויסקייט פון שמחה, איך זאל זוכה זיין צו קענען פרייליך מאכן אנדערע, און אזוי וועל איך אליין זוכה זיין צו זיין פרייליך, און בזכות וואס איך וועל זיין אזוי שטארק פרייליך וועל איך נכלל ווערן אין דיר, ביז איך וועל קומען צו זען נאר דיך, איך וועל גארנישט זען נאר דיך.


העלף מיר הייליגער באשעפער איך זאל זוכה זיין צו האבן א קלארע לויטערע ריינע אמונה, איך זאל געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו באשעפער, און זיי מיר מוחל אלע מיינע עבירות, און איך זאל גארנישט וועלן נאר זיין מיט דיר, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - פארוואס וויל איך זיך נעמען דאס לעבן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, מחשבות, זעלבסמארד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות און חיזוק. איך גיי דורך שוועריגקייטן אין לעבן, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין.


לעצטנס האב איך ליידער אנגעהויבן צו באקומען שלעכטע מחשבות אז איך וויל זיך הרג'נען, חס ושלום. ברוך ה' אז עס איז נאר מחשבות און נישט מער.


וואס קען איך טון זיך צו העלפן אפשלאגן די מחשבות? פון וואס קומען די מחשבות? איך פרוביר שטארק צו טון דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער און עצות, איך בין זיך שטארק מחזק אין די אמונה.


איך בעט חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי שנעלער, ווייל די מחשבות בוזשעווען און איך וויל עס זאל ווערן קלענער און אוועקגיין, נישט גרעסער ווערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיך הרג'ענען וועט דיר נישט העלפן, עס איז בכלל נישט קיין עצה; ווי ביטער עס איז דיר יעצט - איז אין קבר אסאך ערגער. מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דארט טוט זיך, רבי נתן האט זיך אויסגעדרוקט: "אלעס קען איך אויסטראכטן, און אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן, אויסער איין זאך, איך קען זיך נישט אויס'משל'ן די ברוך הבא אין קבר"; ווען מען וועט ענדיגן פארדעקן די ערד, די ברוך הבא פון די טונקלקייט, פון די מייז, פון די מלאכי חבלה; עס כאפט א פחד און א שרעק.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז שמחה, זאלסט זיך פרייען מיט 'שלא עשני גוי', פריי זיך אז דו ביסט א איד, און זאלסט הערן לעבעדיגע מוזיק און טאנצן און שפרינגען און טון אלעס וואס מאכט פרייליך, עסן זיסע געשמאקע עסן, און טון אלעס וואס נוצט פאר שמחה.


אויך איז פאר דיר זייער וויכטיג זאלסט גיין יעדן טאג אפאר מינוט אליין מיטן אייבערשטן זיך אויסשמועסן, דערציילן די מחשבות, דערציילן וואס דו טראכסט, אז דו ווילסט זיך הרג'ענען וכו' וכו', און אים בעטן מיט הייסע טרערן: "הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? ווי קומט צו מיר די מחשבות? פארוואס בין איך נישט פרייליך? פארוואס בין איך בעצבות? אנא הרחק מעלי את העצבות והמרה שחורה, איך בעט דיר אייבערשטער, דערווייטער פון מיר די עצבות און דעפרעסיע, מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון רוב שמחה, און יעדער ארום מיר זאל ווערן פרייליך, אנא השם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל לעבן מיט די געדאנק אז אלעס ביסטו, אלעס איז אלוקית און אלוקית איז אלעס, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז אין סוף ברוך הוא".


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, פארלייג זיך אויף די צוויי נקודות, שמחה און התבודדות; ביז דו וועסט צוריק ווערן פרייליך און נישט וועלן זיך הרג'ענען, נאר וועלן אויסגיין צום אייבערשטן פון גרויס בענקשאפט און פון גרויס שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - מתפלל זיין פאר א גט, אדער אז מען זאל צוריק קומען?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין אפגעטיילט פון מיין ווייב פאר א יאר, מיר זענען געווען חתונה געהאט פאר א האלב יאר, ברוך ה' אז מיר האבן נישט קיין קינדער, זי האט ליידער אינגאנצן אפגעלאזט אידישקייט, זי וואוינט מיט הפקירות און דרייט זיך אין שלעכטע פלעצער, און מיר האלטן אינמיטן די פראצעדור פאר א גט, אבער זי איז נישט אינטערעסירט דוקא צו העלפן מיט די פראצעדור, פאר איר איז גוט אזוי אויך, ס'גייט איר גארנישט אן, איך בין אבער געבליבן שטעקן שוין פאר א גאנצע יאר, איך קען נישט זוכן א פרישע שידוך, און איך בין גענצליך צעבראכן פון דעם מצב.


איך ווייס נישט ווי אזוי צו גיין דא ווייטער, און איך וויל וויסן אויב ס'איז ריכטיג מתפלל צו זיין אז מיר זאלן צוריק זיך פאראייניגן טראץ די אלע זאכן, אדער ענדערש מתפלל זיין אז מען זאל קענען פארענדיגן דעם גט און פטור ווערן פון די גאנצע מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געזען דיין בריוו און עס טוט מיר זייער וויי וואס דו מאכסט מיט, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ישועה בקרוב.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן, שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן וואס דו גייסט אריבער, אז דו האסט חתונה געהאט און דיין ווייב איז נישט מיט דיר, און ווי שטארק דו ווילסט געהאלפן ווערן, און דאס אליין - ווי אזוי דו זאלסט בעטן - זאלסטו אויך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, בעט: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל נישט זיין אליין, מיין ווייב איז נישט מיט מיר, עס שלעפט זיך אזוי לאנג די גאנצע פרשה מיט די גט; פון איין זייט בעט איך דיר אז זי זאל מסכים זיין צו נעמען א גט, אזוי וועל איך קענען נאכאמאל חתונה האבן, און פון די אנדערע זייט טראכט איך, 'אפשר זאלן מיר זיך נישט גט'ן, אפשר איז מעגליך זי זאל תשובה טון און צוריק קומען צו מיר', איך בין אזוי צעמישט, איך בעט דיר זייער, העלף מיר, שיק מיר א ישועה, צי אזוי צי אזוי - העלף מיר, איך וויל לעבן א חתונה געהאטע לעבן און זוכה זיין צו קינדער בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די תענוג און נחת רוח וואס מען מאכט אויבן אין הימל ווען א מענטש מיט א צעבראכענע הארץ, מיט א צעבראכענע מוט - קומט צום אייבערשטן, ער וויינט זיך אויס און רעדט זיך אויס זיין הארץ, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן, "אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות.


מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון משיח, פון התבודדות ותפילה - וועסטו געהאלפן ווערן און האבן א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - פארוואס איז מיין מאן נישט אזא עובד ה' ווי מיין טאטע און שווער?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די עצתו אמונה פון די חיזוק יומי, עס געבט אונז אסאך כח צו דינען דעם אייבערשטן און אסאך חיות אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער א פראבלעם וואס איך האב אין שלום בית מיט וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש צו זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער.


דער פראבלעם וואס איך האב מיט אים איז נאר מיט זיין עבודת ה'. מיר זענען חסידים פון מוהרא"ש נאך פון פאר די חתונה, מיר האבן חתונה געהאט אלס תלמידי היכל הקודש, אבער למעשה זע איך נישט אז ער זאל זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש. ער האט נישט קיין שיעורים צו לערנען, ער איז אין כולל קוים צוויי שעה א טאג און אויך דעמאלט וועט ער צומאל זיין פארנומען צו מסדר זיין זאכן, באצאלן חשבונות, און דאס גלייכן. ער שטייט נישט אויף אין צייט, גייט נישט אין צייט, און כמעט וואס ער לערנט נישט אינדערהיים, און דאס איז נישט ווי אזוי א תלמיד פון רבי'ן און פון היכל הקודש פירט זיך אויף.


מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן, עס שטערט מיר אבער נאכאלץ אז ער דינט נישט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איך ציטער דאס מערסטע וואס מיינע קינדער וועלן זען אינדערהיים ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, איך וויל זיי זאלן זען א טאטע וואס לערנט, אן אמת'ער ברסלב'ער חסיד מיט התבודדות און א פלאקער פון קדושה פאר'ן אייבערשטן. און אנשטאט דעם מאכט זיך אסאך מאל מאל פארנאכטס ווען איך דארף נישט קיין הילף, וועט ער זיך אוועקזעצן מיט עירפאונס צו הערן ניגונים אדער שיעורים.


די איינצעלנע מאל וואס איך האב פרובירט אים מעורר צו זיין אדער בעטן וועגן דעם, איז ער ממש געווארן געטשעפעט פון דעם, ער האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, ער האט געפרעגט מיט ווייטאג אויב ער איז נישט גענוג גוט פאר מיר אדער אויב ער העלפט נישט גענוג. רוב מאל דערוואג איך זיך אפילו נישט אים צו באמערקן אויף די זאכן, ווי אזוי קען איך אים בעטן אז ער זאל גיין צייטליך צום דאווענען, אדער אז ער זאל עפעס לערנען, אין די צייט וואס ער העלפט מיר טאקע אזוי סאך, און ער איז אזוי גוט צו מיר?


ווען ער לערנט יא, אדער ווען ער איז אין כולל, ווייז איך אים ארויס אסאך שעצונג אויף דעם, איך שפיר אבער אז איך ווער פארברענט פון אינעווייניג אז ער איז נישט קיין "עובד ה'". סיי מיין טאטע און אויך מיין שווער זענען ביידע אמת'ע תלמידים פון מוהרא"ש, און יעדעס מאל מיר גייען צו זיי אויף שבתים זע איך זייער דביקות און זייער לערנען תורה, און איך עס זיך נאר מער אויף דאס געזונט פארוואס מיין מאן איז נישט אזוי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון, איך וויל נישט זיין מיין מאנ'ס משגיח, איך וויל אבער יא אז מיינע קינדער זאלן זען אינדערהיים א ביישפיל פון א בן תורה, פון ליבשאפט צו תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט ריכטיג צו לייגן אויפן וואגשאל דעם מאן מיטן טאטן, ווייל אייער מאן דארף נישט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אייער טאטע, און אייער טאטע קען נישט מאכן די נחת רוח פארן אייבערשטן וואס אייער מאן מאכט, יעדער מענטש האט ספעציעלע זאכן וואס געבט א נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט טון.


אסאך מאל קען דער מאן נישט מצליח זיין אין עבודת השם צוליב דעם וואס די ווייב שעצט אים נישט און האלט נישט פון אים; אפילו אן רעדן און אן זאגן - שפירט מען אין הארץ אז מען איז אראפגעקוקט, און דאס לאזט נישט דעם מאן מצליח זיין.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערער מאן, ליינט איבער אייער בריוו: 'איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער', וויפיל פרויען וואלטן געוואלט קענען זאגן 'מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, ער האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן', וויפיל פרויען וואלטן זיך געווינטשן פאר א מאן וואס העלפט און איז וואויל...


אז איר זארגט 'וואס וועט זיין מיט די קינדער?' איר ווילט קינדער צדיקים, דאס האט מיט אייך, עס זענען געווען גרויסע צדיקים און גדולי ישראל וואס זענען אויסגעוואקסן פון פשוט'ע שטיבער וואו דער טאטע איז געווען א פשוט'ער איד, און נאר בזכות די ערליכקייט פון די מאמע, פון די תפילות אירע, און פון די צניעות אירע - האבן זיי זוכה געווען צו בנים תלמידי חכמים.


אז איר וועט האלטן טייער אייער מאן, איר וועט זוכן גוטע זאכן אין אים, און נאר זען דאס גוטס - וועט איר אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן, ענק וועלן זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - וועלכע זאכן זאל איך ארויסזאגן ביי "וידוי דברים"?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, קברי צדיקים, תשובה, עבירות, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "וידוי דברים". אלעמאל ווען איך וויל זיך מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטער, ספעציעל ביים ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווען איך פרוביר איבערצוגיין ממש אלעס וואס איך האב געטון אין לעבן, דערמאן זיך פילע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין מיין לעבן, און איך שעם זיך צו זאגן אבער עס קומט ארויף זייער שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל געקוקט, און דאס ברענגט מיר אריין פון פריש שלעכטע הרהורים, איך ווער פון פריש נכשל און טראכטן פון זאכן וואס מען טאר נישט, און דאס מאכט מיר אז איך זאל נישט וועלן זיך מתוודה זיין בכלל, איך וויל נישט נאכאמאל טראכטן די שלעכטע זאכן.


שוין צוויי יאר וואס איך מוטשע זיך מיט דעם פראבלעם, איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער דעם, אבער איך האב זיך פשוט געשעמט. יעצט האב איך אבער באשלאסן אז גענוג געווארט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, און איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס מען טוט איבער דעם פראבלעם, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן און ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג ארויס אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, אפילו עס קומט אריין נאכאמאל די מחשבות פון עבירות וכו' וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז ווען א מענטש זינדיגט - גייט אריין די עבירה אין זיינע ביינער, און נאר דורך ארויסזאגן די עבירות לפני תלמיד חכם, פארן צדיק - גייען ארויס די עבירות און די שלעכטע צירוף וואס איז איינגעקריצט אינעם מענטש, נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען די מלכות צום אייבערשטן און שפירן טעם עולם הבא.


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח), עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד, וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'עֶר צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


דארפסט נישט ווארטן ביז דו קומסט קיין אומאן צו מקיים זיין וידוי דברים לפני תלמיד חכם, קענסט שוין יעצט - ווען דו באקומסט די בריוו - זיך פארמאכן די אויגן און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, און אים דערציילן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה – אלע שלעכטע מחשבות, ובדיבור – אלע שלעכטע רייד, ובמעשה – אלע שלעכטע מעשים.


פארמאך דיינע אויגן און זאג: "רבונו של עולם, איך וויל דיר דערציילן מיינע מעשים, איך שעם זיך אזוי שטארק ווי איך בין אזוי געפאלן, איך האלט נישט אויס די בושה, איך קען עס נישט דערהייבן, וואס איז געשען מיט מיר? איך האב באקומען א ריינע הייליגע נשמה און דאס אזוי פארשמירט מיט מיינע פגמים, איך האב געטון ... און געטראכט ... און גערעדט ...; הייליגער באשעפער איך מאך יעצט וידוי דברים פאר דיר, בעט איך דיר, נעם ארויס מיינע עבירות פון מיינע ביינער און מח מחשבה, העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו אמת'ע תשובה, איך זאל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס איך האב פוגם געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#78 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#77 - פארוואס ווארפט מען נישט ארויס דעם קאמפיוטער פון אונזער הויז?
אומאן, קדושה, תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, שמירת עינים, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט מער. איך ווער משוגע. איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. וואס בין איך שולדיג אז מיר האבן אינדערהיים א קאמפיוטער אן קיין פילדער בכלל? מיר האבן אינדערהיים נאך א קאמפיוטער וואס איך האב געבעטן מיין טאטע אז ער זאל עס פילטערן, און ער האט טאקע ארויפגעלייגט דערויף א גוטע פילטער, אבער איך האלט אין איין אראפפאלן און נוצן דעם אומגעפילטערטן קאמפיוטער, איך קוק דארף שמוץ, און איך פאל אראפ אין עבירות, ביז דאס לעבן ווערט מיר נמאס.


איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז מיין טאטע זאל ארויסווארפן דעם קאמפיוטער פון הויז, אבער גארנישט רוקט זיך, און איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן שלעכטע זאכן.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס שרייבסטו נישט די זעלבע בריוו צו דיינע עלטערן?! זיי אפן מיט זיי, זאג זיי וואס דו גייסט אריבער, בעט דיינע עלטערן זיי זאלן רחמנות האבן אויף דיר; איך בין זיכער, אז דו וועסט רעדן צו זיי אפענע דיבורים - וועלן זיי אלעס טון דיך צו ראטעווען.


קוק נישט קיין ניאוף, עס פארברענט די לעבן; דער וואס קוקט ניאוף - ווערט אים אזוי שלעכט, אז מען הויבט אן טראכטן מחשבות פון זיך חס ושלום הרג'ענען. ווייל ניאוף רייסט אויס דעם מח, נישטא נאך א זאך וואס זאל אזוי שאטן פארן מענטש - ווי קוקן מאוויס און ווידיאוס פון ניאוף, מען ווערט גייסטיש נישט געזונט, מען פארלירט אלעס.


טו די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי התבודדות יעדן טאג, וויין זיך אויס צום אייבערשטן אין דיין שפראך, זאג אים: "הייליגער באשעפער איך קוק עבירות, איך קוק ניאוף און איך בין פוגם בברית. עס איז מיר אזוי ביטער און אזוי שווער, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל און פאל, איך האב אזוי חרטה, איך זאג דיר צו איך גיי עס מער נישט טון.


אבער רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר, שוין אזויפיל מאל האב איך געזאגט איך גיי זיך היטן די אויגן און מער נישט טון קיין עבירות, און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ, איך בין פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר, איך ווייס נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פון דעם.


רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, נעם אן מיין תשובה און העלף מיך איך זאל מער נישט זינדיגן, איך זאל מער נישט קוקן קיין עבירות, איך זאל מער נישט פוגם זיין בברית, איך זאל שוין זוכה זיין צו תשובה שלימה".


זע צו קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן די תיקון הכללי, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וֶועל אִיךְ זִיךְ לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיךְ אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - איך קריג זיך אזויפיל מיט מיין ווייב, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער יצר הרע פארלייגט זיך, עס הויבט זיך אן כסדר פרישע ויכוחים און חילוקי דעות צווישן מיר און מיין טייערע ווייב, און דאס צעברעכט אזוי שטארק אונזער שלום בית.


ווי אזוי קען איך ווייטער ליב האבן מיין ווייב, טראץ די פילע זאכן וואס שטערן מיר אזוי שטארק פון איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דאס איז די זאך פונעם יצר הרע; מאכן קריגערייען צווישן מאן און ווייב, חרוב מאכן די ליבשאפט, אוועק נעמען די שלום צווישן זיי, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", אזוי כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער, "עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם", אוועק נעמען די ליבשאפט, די שלום, "שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", אזוי ווארפט ער זיי אריין אין עבירות רחמנא לצלן.


מיין ליבער ברודער, מיין טייערער חבר, טו אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום און ליבשפאט צווישן ענק, און אז עס איז דא זאכן וואס שטערט דיר פון דיין ווייב - זאלסטו גיין התבודדות; וויין צום אייבערשטן, זאג די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין ווייב, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, העלף מיך עס זאל מיך נישט נערוועז מאכן די זאכן וכו', העלף מיר עס זאל מיך נישט שטערן וואס זי טוט. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל געדענקען אז איך בין נאר א גאסט און באלד גיי איך שוין אהיים צו דיר, באלד וועט מען מיך באגראבן אין בית החיים, און עס וועט נאר בלייבן פון מיר וואס איך האב זיך איינגעהאלטן, מוותר געווען און געזוכט שלום.


רבונו של עולם העלף מיר אויסארבעטן מיין בלוט, אויסרייניגן מיינע בלוט, איך זאל גארנישט וועלן, איך זאל נאר וועלן זיין נאנט צו דיר, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, זַכֵּינוּ לאריכת אפים, איך זאל נישט ווערן נערוועז פון קיינעם".


אזוי זאלסטו גיין יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר דיר עס זאל דיר גארנישט באדערן, וועסטו זוכה זיין צו א גוטע שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - פארוואס איז מיין מאן געפאלן אזוי נידריג?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, אידישע שטוב, נסיונות, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טרערט מיר די אויגן און עס וויינט מיין הארץ, איך האב קיינמאל גע'חלומ'ט אז איך וועל אמאל זיין פון די פרויען וואס גייען זיך אויסוויינען אויף זייער מאן.


די לעצטע פאר וואכן האט מיין מאן אנגעהויבן רעדן אסאך שמוץ, עפעס וואס איז קיינמאל געווען בעפאר. איך בין מחונך געווארן פון אלס קליין קינד אז רעדן שמוץ און ניבול פה איז ערגער פון פייער, עס ברענט מיר מיין הארץ אזוי ווייט אז איך קען ממש נישט ווייטער רעדן מיט מיין מאן נאכדעם וואס ער רעדט ניבול פה. און ווען איך בעט זיך ביי אים ער זאל אויפהערן אזוי צו רעדן, העלפט עס גארנישט.


ער האט מיר אנגעהויבן בעטן איך זאל זיך אנטון אנדערש, נישט צניעות'דיג, אדער עפעס וואס וועט מצער זיין מיינע עלטערן, ביינאכט מאכט ער מיר משוגע אז ער וויל אהער און אהין. און אז איך זאל זיך קויפן נייע נאכט קליידער אזוי ווי די גוים, עפעס וואס איז אים אפילו נישט אנגעגאנגען אמאל, ער האט ניטאמאל געוואוסט וואסערע סארט קליידער איך גיי, אדער וועלכע פארב עס איז.


ער רעדט צו מיר אסאך וועגן די גוי'טעס אין שטאט, ווי שיין זייער האר איז, ווי אזוי זיי גייען אנגעטון, און פארוואס איך גיי נישט אזוי אנגעטון, און אזוי ווייטער. איך וויל ווייטער גיין אנגעטון איידל און הייליג אזוי ווי ביז יעצט.


זיין יראת שמים איז ממש פארשוואונדן געווארן, ער האט נישט קיין געדולד צו מיר און צו מיין בעבי, ער איז אינדערהיים זייער ווייניג, ער ענטפערט מיר כמעט נישט ווען איך רוף אים, מיין אפעטיט איז מיר אראפ, איך שלאף נישט ביינאכט, איך וויין אן א שיעור פון פחד וואס גייט זיין נעקסט. און צו דעם אלעם ווארט איך אויף א שמחה בקרוב. מיין מח לויפט א גאנצן צייט אז באלד גיי איך זיין צעטיילט, גע'גט, און איך גיי האבן צוויי קליינע קינדערלעך אליין.


יעצט ערב פסח, אנשטאט צו זיין פרייליך אז איך האב א ריינע הויז און אז עס קומט אזא לעכטיגע יום טוב, זיץ איך און איך וויין. ווען מיין מאן קומט אהיים פרוביר איך מיט אייזערנע כוחות צו שמייכלען און אים אויסהערן, איך טו זיך אן שיין און פארב זיך די פנים, אבער אין ווייניגער פון פינף מינוט איז ער שוין אינדרויסן פון שטוב.


ווען איך פרוביר רעדן מיט אים ביינאכט, טענה'ט ער אז ער איז מיד און ער דארף שוין אויפשטיין צו די ארבעט; און אויב הערט ער אז איך וויין ביינאכט, שרייט ער אויף מיר אז אויב איך ווער נישט שטיל וועט ער מיר שלאגן, און עס איז טאקע אזוי געווען, אדער סטראשעט ער מיר אז ער וועט אויפוועקן מיין בעבי אז איך זאל נישט קענען שלאפן ביינאכט. בקיצור, די לופט ארום מיר איז שווארץ, איך פיל ווי עס ענדיגט זיך מיר די ריינע לופט, און אז עס גייט עפעס שלעכט געשען.


ער האט אנגעפאנגען א נייע ארבעט אויף א פלאץ מיט מענטשן אן יראת שמים, און אזוי אויך ארבעט דארט א שווארצע גוי'טע. איך בעט זיך ביי אים ער זאל אפלאזן די ארבעט, אבער ער טענה'ט אז נאך אביסל גייט ער ווערן א מענעדזשער, און דעמאלט גייט ער שוין נישט האבן צוטון מיט זיי, אבער די תירוץ איז שוין לאנג אפגעלאפן.


הלואי זאל איך זוכה זיין דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין און ארויסנעמען פון מיין שווערע מצב. אזוי אויך וויל איך בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מחזק זיין מיין מאן, ער האט זייער ליב דעם רבינ'ס דיבורים. איך בין זיכער אז א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט אים צוטרייסלען די הארץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט אריבער פאסירט ליידער ביי אסאך שטיבער, די נסיונות זענען היינט זייער גרויס. מוהרא"ש זאגט, נישט געווען אין די וועלט אזעלכע נסיונות ווי עס איז היינט דא; ביים דור המבול און ביי די דור הפלגה איז נישט געווען די נסיונות וואס א אינגערמאן גייט היינט אריבער.


ערשטנס וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט אייך, און דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן; ווייל זיין פארלוירן און לעבן מיט פאניק וועט גארנישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן.


צווייטנס, איר זאלט יעצט נישט זאגן מוסר פאר אייער מאן, ווען א מענטש איז שיכור אדער פאר'סמ'ט קען מען אים נישט זאגן מוסר, יעצט קענט איר נאר שמייכלען צו אים, און אים ווייזן, אים געבן צו שפירן - ווי איר זענט מיט אים, על כל פנים זיך מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך, און אז ער פארלאנגט זאכן וואס איז קעגן די תורה, דארף מען מיט חכמה זיך ארויסדרייען, דאס הייסט נישט שטעלן א ווידערשטאנד און זאגן: "מען טאר נישט!" "מען מעג נישט!" נאר מיט חכמה זוכן תירוצים פארוואס מען קען עס נישט טון.


איך ווייס אז עס גייט אייך זיין זייער שווער צו נעמען דעם גאנג, דאס לעבן איז אייך פארטונקלט געווארן, עס איז זייער שרעקעדיג, אבער ההכרח לא יגונה, אז מען האט נישט קיין ברירה - טוט מען וואס מען דארף צו טון.


ווען קיינער זעט נישט, ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין אים א רוח טהרה ממרום, בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר אן ערליכע שטוב, מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, איך מיין מאן און די קינדער זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיט די תורה, לעבן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, מיין מאן רעדט נישט איידל, און די פלאץ וואו ער ארבעט האט א נישט גוטע השפעה אויף אים, איך בעט דיר אייבערשטער, ראטעווע מיר מיין שטוב, ראטעווע מיין מאן פון שלעכטס, איך וויל בויען א משכן פאר די שכינה הקדושה, האבן א שטוב מיט קינדער וואס מען לעבט מיט די תורה, מען לעבט מיט צדיקים, מען לעבט מיט יראת שמים".


איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן מיט שמחה, ווייל די תפילות וואס מען בעט מיט שמחה - איז זיס און געשמאק פארן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט שמחה, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די תפילות זענען זיס און איינגענעם ביים אייבערשטן, און ווען איר וויינט – זאלט איר נאר וויינען פון שמחה, נאר זיסע טרערן, די ביטערע טרערן איז נישט די ריכטיגע, מען דארף זיין פרייליך, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט און ער וועט נישט פארלאזן, און מען בעט אים א מתנת חינם; דעמאלט זעט מען ניסים.


איך שיק אייך א בריוו איר זאלט דאס געבן פאר אייער מאן.


נאכאמאל וויל איך אייך שטארקן מיט די ערשטע נקודה, זיך נישט פארלירן און זיך זייער שטארקן מיט אמונה, ווייל אין דעם איז אלעס געוואנדן, מיט אמונה איז ליכטיג, מיט אמונה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#73 - ווי אזוי ווערט מען געראטעוועט פון לשון הרע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, מדות טובות, עצבות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין נאכאמאל ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' אזוי פרייליך און צופרידן דא אין שטעטל, אין קרית ברסלב, איך שפיר אבער ממש ווי דער ס"ם פארגינט מיך נישט. איך קום אין שול און דער רעדט אויף יענער און דא קומט איינער 'נאר' זאגן אויף אים... אויך איז דא אסאך מאל וואס איינער קומט נאר זאגן אז ער האט געהערט ווי יענער האט אויף מיר געזאגט אזוי... איך האב אזוי ליב אנשי שלומינו, איך וויל ווייטער ליב האבן אנשי שלומינו, וואס איז די עצה אויף דעם? איך פרוביר אוועקצוגיין אדער נישט אריינגיין אין אזעלכע שמועסן אבער מיט איין ווארט איז שוין דערנאך. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א עצה איך זאל געראטעוועט ווערן פון דעם?


ש'כח פאר מיין לעבן. אלעס איז מיר אזוי גוט ברוך ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת תזריע, ד' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליבער ברודער, אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס ביי אנדערע - איז א סימן אז מען דארף תשובה טון. רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות - האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען - וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, אז מען קומט צו דיר רעדן לשון הרע - איז דאס דיין אייגענע פראבלעם, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (נגעים ב, ה): "כל הנגעים אדם רואה, חוץ מנגעי עצמו", טייטשט דער הייליגער בעל שם טוב, "כל הנגעים אדם רואה חוץ", אלע פעלערס וואס א מענטש זעט ביי א צווייטן, "זה נמשך מנגעי עצמו", דאס איז זיינע אייגענע פראבלעמען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ע:): "כל הפוסל פסול", דער וואס רעדט אויף אנדערע רעדט אויף זיך אליין, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין הלכה, ווען מען זוכט א שידוך (אבן העזר סימן ב', סעיף ב): "כל הפוסל במומו פוסל", אז מען הערט איינעם בארעדן אנדערע - זאל מען זיך נישט משדך זיין מיט אים.


ווער האט צייט צו רעדן פון אנדערע, ווער איז שוין פערטיג מיט זיך אליין? לאז דיך אפ פון לשון הרע, א שאד אז מען קומט צום רבי'ן און מען גייט אריבער אזויפיל בזיונות, שפיכות דמים, פארן ווערן א ברסלב'ער - פארן זיין פארנומען מיט אנדערע; צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס חסרונות וואלסטו געקענט בלייבן אין דיין אלטע חסידות. טו תשובה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א ריינע מויל מיט ריינע אויערן, און גיי התבודדות יעדן אינדערפרי, שריי אויס די געדעכטע בלוט, זאג: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, פארוואס זוך איך יענעמ'ס חסרונות? וואס אינטערעסירט מיך יענעמ'ס לעבן?


הייליגער באשעפער, אז מען קומט רעדן צו מיר פון אנדערע - איז דאך א סימן אז איך בין א מענטש וואס אינטערעסירט די זאכן, ווייל צו די ערליכע אידן קומט מען נישט רעדן קיין לשון הרע, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון עלמא דאתי, אז עס איז דא א בית הקברות וואס דארט וועל איך דארפן אנקומען, מען וועט מיך אריינלייגן אין גרוב אן מיין רשות, און מיך צודעקן מיט ערד; איז פארוואס בין איך פארנומען צו רעדן פון אנדערע? העלף מיר איך זאל געדענקען אז איין טאג וועט מען זיין א גוסס, מען וועט מוזן צוריק געבן די נשמה צו דיר, איז וואס בין איך פארנומען צו זוכן שלעכטס אויף יענעם, וואס בין איך מקבל לשון הרע?


הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר, געב מיר פון די יין המשומר, פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס שכל, איך זאל זיך נישט נארן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): 'אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד', דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; הייליגער באשעפער איך בין געקומען צום רבי'ן מיט אזויפיל מסירות נפש כדי צו זיין א איד, צו לערנען און דאווענען און זען אין יעדן איד נאר גוטס, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען מקרא, משנה, גמרא והלכה, און איך זאל קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות און זיך מתבודד זיין".


אזוי זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן, און ווען איינער קומט צו דיר רעדן פון א דריטן זאלסטו יענעם אנכאפן און גיין א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", מאך יענעם פרייליך, ווייל בדרך כלל די וואס בארעדן דעם און יענעם - זענען זייער צעבראכענע מענטשן, עס קען זיך דאכטן פאר יונגע מענטשן אז זיי זענען געלונגען, זיי זענען פארשטייערס, אבער ווער עס ווייסט דעם אמת ווייסט אז די וואס זענען פארנומען פירן די וועלט - די זענען בעלי מרה שחורה, זאלסטו יענעם נעמען אין א טענצל, ביז ענק וועלן פרייליך ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - ווי אזוי קריכט מען ארויס פון א שלעכטע גיסטע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם פרייטאג האט מיר אנגעכאפט א שטארקע עצבות און מרה שחורה, און איך האב זיך נישט געקענט ארויסזען דערפון. דער מצב איז געווען אביסל אנגעשטרענגט אינדערהיים, און דעריבער האט איך נישט געקענט ארויסגיין זיך מתבודד זיין געהעריג, און ווען איך האב שוין געהאט אביסל צייט האב איך געדארפט רעדן צו מיין מאמע אויפ'ן טעלעפאן, ביז ממש פאר'ן זמן האב איך ארויסגע'גנב'ט ממש נאר פינף מינוט, איך האב פשוט געוויינט מיט טרערן צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר מאכן פרייליך.


ברוך ה' אז שוין אינמיטן מנחה האב איך אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן, איך האב ווייטער געוויינט צום אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך בין געווארן זייער פרייליך, און פרייליך געמאכט די גאנצע משפחה, א גאנץ שבת.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איך מיר מקרב צום אייבערשטן, און געבט מיר א וועג ווי אזוי זיך צוצוקלעבן צום אייבערשטן אין יעדע צייט און אין יעדע מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן וואס לערנט אונז אזעלכע וואונדערליכע עצות צו קענען דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און פרייד, פאר דעם אליינס, צו וויסן וואס צו טון ווען מען ווערט בעצבות, ווי אזוי ארויס צו קריכן דערפון, דורך די עצה פון התבודדות, גיין זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן - איז שוין כדאי צו זיין מקורב צום רבי'ן, און עס איז כדאי געווען צו ליידן אלע שוועריקייטן, התנגדות וכו' - אבי צו וויסן וואס צו טון ווען מען ווערט אין א שלעכט גוסטע.


זוכה זיין צו זיין פרייליך קען מען נאר דורך אסאך בעטן אויף דעם, מען דארף בעטן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ארויס צו גיין פון די עצבות און מרה שחורה און זיין אמת'דיג פרייליך, מוהרא"ש זאגט אז די ערשטע זאך און דאס וויכטיגסטע זאך - דארף מען מתפלל זיין אויף "שמחה", ווייל איינמאל מען איז פרייליך - פאלט שוין אוועק אלע מדות רעות און שלעכטע תאוות.


דא האסטו א שיינע תפילה צו בעטן אויף שמחה:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז אלע מיינע אברים און אדערן זאלן שפירן די שמחה, איך זאל זיך אזוי פרייען מיט 'שלא עשני גוי' אז איך בין א איד און אז איך טו די הייליגע מצוות - אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס שמחה.


אנא, איך בעט דיר אייבערשטער, דערבארעם זיך אויף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין דעפרעסיע, איך בין אין אזא עצבות, איך ווייס נישט וואס צו טון, ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זען נאר דיר, איך זאל שפירן נאר דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אלעס אלעס ביסטו, נישטא גארנישט אויסער דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו, אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ.


זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, רייניג מיך איך זאל זיין ריין און הייליג, איך זאל גארנישט וועלן נאר זיין שטענדיג מיט דיר, טראכטן פון דיר און רעדן צו דיר, און זיין נאר פרייליך, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.