שאלה אין קורצן ענין
#40 - ווי אזוי קען איך ווייטער ארבעטן אז מיין מאן זאל קענען לערנען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר ענטפערן מיין שאלה איבער וואס צו טון מיט די דרויסנדע השקפות פון די חברים פון די קינדער. איר האט מיר געגעבן אסאך חיזוק מיט דעם בריוו.


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה וואו דער ראש ישיבה שרייבט פאר א פרוי אז יעצט אז זי איז א מאמע איז איר פלאץ אינדערהיים. אויך אין אן אנדערע בריוו האט איר געזאגט פאר א פרוי אז ס'איז גוט וואס זי האט געטון אז זי איז נישט געקומען צו די פרויען מסיבה ווייל זי דארף האבן כח, און נישט גייען שלאפן שפעט.


וויל איך פרעגן, דער אויבערשטער האט אונז געבענטשט ברוך ה' מיט דריי קינדער, די עלטסטע איז צוויי און א האלב יאר אלט. ביז יעצט זענען אלע ברוך ה' געווען אינדערהיים מיט מיר. יעצט האט די עלטסטע מיידל אנגעהויבן ארויסצוגיין.


איך בין געבענטשט מיט א מאן וואס וויל נאר לערנען און דאווענען א גאנצן טאג. ער האט נישט קיין שום אינטערעסט אין ארבעט - און איך בין גאר פרייליך מיט דעם.


כדי ער זאל קענען לערנען און דינען דער באשעפער, ארבעט איך, מיין ארבעט איז אינדערהיים פון 6 ביז 12 ביינאכט. עס איז מיר שווער צו ארבעטן אזוי שפעט ביינאכט, אבער איך קען נישט ארבעטן בייטאג ווייל די ארבעט איז אויפ'ן קאמפיוטער און מיר ווילן נישט אז די קינדער זאלן זיין דארט ווען איך ארבעט אויפ'ן קאמפיוטער. למעשה בין איך אבער זייער אפגעשוואכט, איך בין נאכאלץ א קימפעטארן, איך האב בחסדי השם דריי פיצעלעך אינדערהיים, און איך שפיר אז איך קען זיך ממש נישט קיין עצה געבן. פון די אנדערע זייט וויל איך אבער נישט שטופן מיין מאן צו גייען ארבעטן - אפילו מיר האבן געטראכט ער זאל ארבעטן אין א הייליגע ארבעט אזוי ווי סופרות, איך בין זייער צופרידן אז ער לערנט און דאווענט א גאנצע טאג.


אפשר האט דער ראש ישיבה א עצה פאר אונז ווי אזוי ער קען ווייטער לערנען, איך זאל קענען אכטונג געבן אויף די קינדער און האבן כח פאר דעם, און מיר זאלן אויך קענען האבן עפעס א פרנסה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז. מיין מאן און איך פרובירן צו הערן די חיזוק יומי יעדן טאג ביי פרישטאג מיט די קינדער. עס לעבט ממש אויף. מיר ווארטן יעדן וואך פאר די הערליכע גליון היכל הקודש און דער קונטרס עצתו אמונה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאן ער זאל קענען לערנען און דאווענען; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז זיך מוסר נפש אז איר מאן זאל לערנען די הייליגע תורה.


די שענסטע זאך איז דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט גאר פרייליך מיט דעם וואס איר קענט האבן א חלק אין זיין עבודת השם.


עס פעלט נישט אויס אז איר זאלט ארבעטן שפעט ביינאכט, איר קענט ארבעטן בייטאג; אייערע קינדער מעגן זען אז איר ארבעט, מען דארף זיך נישט באהאלטן מיט גוטע זאכן. איר קענט ארבעטן בייטאג, אין די שעות וואס איר זענט אויסגערוט און ביינאכט זאלט איר זיך גוט אויסרוען כדי איר זאלט קענען זיין א רואיגע און געזונטע מאמע.


מאכטס אייך גרינגער כדי איר זאלט האבן כח צו אייערע קינדער און איר זאלט קענען ווייטער העלפן אייער מאן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - וואס טוט מען ווען דעם שכנ'ס קינד פירט זיך נישט ערליך מיט מיר?
חינוך הילדים, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורים. איינע פון די קינדער פון אונזערע שכנים איז יעצט געווארן בר מצוה. די משפחה איז זייער א ערליכע גוטע משפחה, מיר האבן זייער א גוטע קשר מיט זיי. דער קינד איז זייער עקטיוו און נאכנישט עכט געוואקסן, ער פירט זיך נאך ווי א קלענערער קינד, און פון מאל צו מאל רירט ער מיך אן, דאס שטערט מיר זייער שטארק, ווייל איך ווייס אז דאס איז א גרויסע עבירה. וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער ווייסן גארנישט פון זיך אליין, קינדער דארף מען מחנך זיין. אז מען זאגט זיי, מען לערנט זיי אויס ווי אזוי זיך צו פירן - וועלן זיי זיין גוט און וואויל; ווי עס זעט אויס האט מען דעם קינד נישט געלערנט, זיינע עלטערן האבן אים נישט מחנך געווען אכטונג צו געבן פון פרעמדע פרויען און מיידלעך. זאלט איר אים זאגן איינמאל, צוויי מאל מיט א שמייכל: "יעצט ביסטו שוין א גרויס קינד, דארפסטו וויסן אז מען טאר נישט אנרירן א פרעמדע פרוי, נאר דיין מאמע מעגסטו אנרירן"; מען זאגט דאס איינמאל, צוויי מאל מיט א שמייכל; אז ער פארשטייט איז גוט און אז נישט זאגט מען דאס א דריטע מאל מיט אן ערנסטן פנים, אזוי וועט ער זען אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, איר מיינט דאס ערנסט און דאס איז נישט קיין געלעכטער, וועט ער אכטונג געבן.


דאס וואלט איר אים שוין געדארפט לערנען יארן צוריק, פאר ער וואקסט אויף, נישט ווארטן ביז ער ווערט בר מצוה; יעצט איז שוין אביסל שפעט, ווי יונגער מען לערנט אויס קינדער ווי אזוי זיך צו פירן איז דאס גרינגער פאר יעדן, סיי פאר'ן קינד און סיי פאר יעדן איינעם.


עלטערן ווייסן נישט ווי שטארק חינוך איז; אז מען שטעלט אוועק קינדער אויף א גלייכע וועג יונגערהייט וואקסן זיי ערליך און געזונט, קליינע קינדער איז גרינגער צו בייגן און אויסגלייכן זיי זאלן וואקסן שיין גראד. קליינע קינדער דארף מען לערנען צניעות; אינגלעך שפילן מיט אינגלעך און מיידלעך שפילן מיט מיידלעך. מען לערנט זיי שמירת עינים, מען לערנט זיי איידלקייט - דעמאלט וואקסן זיי אויף ווי עס דארף צו זיין


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי קען מען אכטונג געבן אויף די קינדער, ווען זיי גייען אין שולע?
חינוך הילדים, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און עצות וואס איר געבט אונז. 


ס'קומט שוין ברוך ה' די צייט צו שיקן אונזער עלטסטע טאכטער אין שולע. ביז יעצט האבן נאר אונז מחנך געווען די קינדער, אבער יעצט ווען זי הויב אן גיין אין שולע, וועט זי דאך באקומען נאך השקפות אויפ'ן באס און אין שולע, פון די חבר'טעס און די לערערינס און אזוי ווייטער. ווי אזוי האנדלט מען דאס? וויאזוי קענען מיר האלטן שטארק אונזערע השקפות, ווען איך ווייס נישט וואס ס'גייט אריין אין איר ווען זי איז אויפ'ן באס און אין שולע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עלטערן דארפן זיך שטענדיג אינטערעסירן ווער עס זענען די חברים פון זייערע קינדער; בדרך כלל ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר און פון שולע דערציילן זיי מער ווייניגער אלעס וואס האט זיך געטון אין חדר, דעמאלט קענען די עלטערן דערשמעקן ווער עס איז א וואויל קינד, אן איידל קינד און מען שטארקט די קינדער זיי זאלן זיך באפריינדן מיט די קינדער וואס זענען איידל און דרך ארץ'דיג.


מען קען נישט נאכגיין א קינד פיר און צוואנציג שעה און אויסהערן יעדע שמועס וואס ער רעדט מיט חברים וכו'; נאר מען דארף זיך שטענדיג אינטערעסירן ביי די מלמדים און טיטשערס, זיך נאכפרעגן וואס מאכן די קינדער, ווער זענען זייערע חברים, וואו שפילן זיך די קינדער ווען זיי קומען אהיים - אזוי וועט מען זוכה זיין צו גוטע קינדער.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן נד): "עַל יְדֵי חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דורך דעם וואס מען צינדט שבת לעכט און חנוכה לעכט וועט מען זוכה זיין צו גוטע קינדער; אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים ז:): "וְחִפּוּשׂ מִנֵרוֹת, וְנֵרוֹת מִנֵּר", מען לערנט ארויס בודק חמץ זיין פון ליכט, ווען מען וויל עפעס אויפזוכן דארף מען זוכן מיט ליכט; זאגט מוהרא"ש אז דאס זאגט דער רבי, עלטערן וואס זוכן נאך זייערע קינדער, ווער זייערע חברים זענען, וועלן זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים.


דער עיקר זאלט איר וויסן אז כדי זוכה צו זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך וויינען צום אייבערשטן; עלטערן דארפן פארגיסן טרערן יעדן טאג און בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות. מוהרא"ש דערציילט אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט געבעטן דעם הייליגן חפץ חיים א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, ער האט אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - אפשר קענט איר רעדן פון זאכן וואס מיין בחור דארף זיך פאררעכטן?
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיר נישט און איך קען אייך נישט, אבער איך מוז אייך באדאנקען פון טיפן הארץ אויף אייערע שיעורים.


מיין בחור האט אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, און ער פרובירט צו פאלגן אלעס וואס ער הערט. אזוי ווי א געווענליכער בחור ווייסט ער נאכנישט פונקטליך וואס ער וויל אין לעבן, ער איז נאכנישט אוועקגעשטעלט געהעריג, אבער ער פרובירט צו פאלגן אלעס וואס ער הערט ביי די שיעורים, און דאס פירט אים אויפ'ן ריכטיגן וועג אנצוקומען ווי מ'דארף.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי ער שלונגט ממש מיט דארשט יעדעס ווארט פון די דרשות, זיינע מגידי שיעור און משגיחים הערט ער נישט אזוי אויס ווי ער הערט אייך, אפשר קען איך אייך בעטן צו רעדן פון געוויסע זאכן רעדן ביי די שיעורים, זאכן וואס ער קען נוצן אין לעבן, זאכן אין וואס ער דארף זיך פאררעכטן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זיי אים מחזק ער זאל ווייטער הערן די שיעורים, ער זאל לעבן מיט'ן רבי'ן; מיט די צייט וועט זיך ביי אים אלעס טוישן און ער וועט ווערן א גרויסער ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל, יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


קוק נישט אויף די איינצלהייטן וואס ער דארף פאררעכטן, פריי זיך אז ער האט א געפיל אין רבי'ן, ער הערט אויס די שיעורים וואס בלאזן אריין לעבן אין מענטשן; מיט די צייט וועסטו זען וואס דער רבי וועט מאכן פון אים.


עס איז געווען א גרויסער צדיק, א ברסלב'ער חסיד, רבי ישראל קארדונער זכרונו לברכה, ער פלעגט ברענגען מענטשן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; ווען ער האט זיי געברענגט קיין אומאן האט ער זיי געזאגט: "פון דא אין ווייטער וועט דער רבי זיך פארען מיט ענק"; אזוי וועט זיין מיט דיין זון, דו ברענג אים צום רבי'ן, זיי אים מחזק ער זאל ווייטער הערן די שיעורים, און פון דארט און ווייטער וועט זיך דער רבי פארען מיט אים.


טאנץ פאר שמחה אז דיין זון וויל זיין גוט, טאנץ פאר שמחה אז דיין זון הערט שיעורים ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און אז ער האט א געפיל אין רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין בחור צו לערנען און דאווענען?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום כסדר, נאר מיט דעם קען איך זיך שטארקן אין אלע ענינים, ובפרט זיך אן עצה צו געבן מיט די קינדער, א ספעציעלער יישר כח פאר די בריוו ווי אזוי צו מאכן אז מיין טאכטער זאל וועלן זיין צניעות'דיג.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן עטליכע ווערטער פאר מיין 14 יעריגער בחור'ל, וואס האט נישט ליב קיין רוחניות, ער זוכט נישט צו דאווענען און לערנען, ער האט נאר ליב "עקשאן" מיט עולם הזה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט באזארגט אז דיין זון וויל מאכן א לעבן, ער וויל שפילן און האבן פארגעניגן; לאז אים זיך אויסגעבן, דאס איז דער נאטור פון קינדער. קינדער ווילן נישט לערנען; מען דארף מיט חכמה זיי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס מאכן געשמאק און מיט טעם. מען דארף זיי באלוינען מיט גוטע זאכן פאר'ן לערנען און דאווענען, מען דארף זיי אויפהייבן און זיי אויסלויבן ווען מען זעט ביי זיי גוטע זאכן, דאס וועט זיי שלעפן צו טון נאך גוטס.


איך בעט דיר, קוק גוט אויף דיינע קינדער, נאר אזוי וועלן זיי דיר אויסהערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קז:): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחֶה, וִיְמִין מְקַרֶבֶת"; ווען עס קומט מחנך צו זיין קינדער אדער תלמידים, אפילו מען דארף אמאל זאגן מוסר - דארף דאס זיין מיט ליבשאפט, מיט די רעכטע האנט דארף מען זיי מחזק זיין, מען דארף געבן מער חיזוק און מער ליבשאפט, ווי אוועקשטופן.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין זון נרו יאיר.

#35 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
חינוך הילדים, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.

#34 - זאלן מיר צעטיילן די קינדער אויף שבת צו קענען גיין צו א שמחה?
שמחות, שבת קודש, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א גרויסע משפחה קע"ה, און ווען מיינע געשוויסטער מאכן א שבת שבע ברכות וויל זיי אז ידער זאל קומען, אבער נאר די פארפאלק. דאס מיינט אז כדי צו גיין צו די שמחה דארף מען צעטיילן די קינדער אויף שבת.


מיין מאן האלט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך, און ער איז נישט מסכים צו דעם. אמאל קען איך אים איבעררעדן יא צו גיין און אמאל נישט. און פארשטייט זיך אז ווען מיר גייען נישט, בארעדט מען מיר ביי משפחה.


ביי יעדע שמחה האב איך פראבלעמען אין שלום בית, און אויך ביי מיין משפחה, און איך ווייס נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, און אזוי וועלן מיר טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט; עס איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך צו צעטיילן די קינדער און אוועק פארן אויף שבתים. קינדער דארפן שבת זייער אייגענע טאטע מאמע, זיי דארפן שבת'דיגע סעודות מיט זייערע אייגענע עלטערן. א גאנצע וואך ווארטן די קינדער אויף שבת, זיי ווארטן צו זיצן מיט זייערע עלטערן, דעמאלט איז די צייט וואס טאטע מאמע פלאנצן איין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צום הייליגן שבת.


עס איז נישט גערעכט פון די וואס לאדענען אויף א שמחה צו קומען עסן שבת'דיגע סעודות און מען נעמט זיך אויס: "קינדער קענען נישט קומען"; אז מען קען נישט קומען מיט קינדער איז בעסער צו בלייבן אין שטוב מאכן די סעודות מיט די קינדער און נאך די סעודה זאל מען גיין וואונטשן מזל טוב, און אז די שמחה איז אין אן אנדערע שטאט בלייבט מען אין שטוב.


שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא, דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווען מען עסט דריי סעודות שבת זעט מען אז דער מענטש איז א קינד פונעם אייבערשטן, דער האט אמונה, נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הַאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; זעט מען אז דעמאלט איז א צייט פון איינפלאנצן אמונה אין די קינדער.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז דא פאלן וואס מען האט נישט קיין ברירה מען דארף יא צעטיילן די קינדער, אבער דאס דארף מען וויסן אז עס איז נישט קיין לכתחילה, און אז מען קען זיך ארויסדרייען איז זיכער געזונטער צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#33 - וויפיל דארף א אינגל לערנען?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, לימוד התורה, מדות טובות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל, 11 יאר אלט, און איך האב זיך געוואלט קודם באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר צוריק געענטפערט, ס'האט מיר זייער מחזק געווען. אויך האב איך דעם מוצאי שבת זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף גמרא מסכת ברכות.


איך האב געוואלט פרעגן אפאר שאלות.


1.     מיר האבן ב"ה א גרויסע משפחה מיט שוועסטערס און ברידער, און איך שטער זיי אסאך מאל. איך האב שוין אפאר מאל געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיי נישט שטערן, אבער דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף מיר. וואס קען איך טון.


2.     דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די דרשות אז ס'איז נישט גוט צו ליינען קאמיקס, און אויך מיין טאטע זאגט אזוי. אבער די מיידלעך ביי אונז ברענגען עס יא אריין, און איך האב עס זייער שטארק ליב צו ליינען, וואס קען איך טון? מיין מאמע קויפט מיר טאקע ביכער פון ספורי צדיקים, אבער איך ענדיג עס זייער שנעל.


3.     איך וויל לערנען אסאך תורה, איך ווייס אבער וואס דער ראש ישיבה שליט"א אז א אינגל דארף אויך שפילן, נישט נאר לערנען די גאנצע צייט. איך קום אהיים פון חדר יעדן טאג אום האלב זעקס, און איך וויל וויסן א סדר וויפיל איך זאל לערנען פאר מיר אליין אין מיין צייט.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות; דו ביסט א יונג קינד פון עלף יאר און דו האסט שכל ווי אן ערוואקסענער מענטש, אריין צו כאפן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, אז אפילו מען פארשטייט נישט די ווערטער זאל מען זאגן די אותיות התורה (שיחות הר"ן, סימן עו).


אויף דיין ערשטע פראגע אז דו ווילסט אויסארבעטן דיינע מידות; אויף דעם דארף מען אסאך שרייען צום אייבערשטן, עס גייט נישט אין א קורצע צייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף שרייען א לאנגע צייט צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


בנוגע ליינען קאמיקס וכו'; ענדערש זאלסטו ליינען סיפורי צדיקים, מעשיות ווי אזוי צדיקים האבן געלעבט דורכדעם וועט אריין גיין אין דיר א שטארקע חשק און בענקעניש אויך צו זיין א צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו ליינען און הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


אויף דיין פראגע וויפיל צו לערנען וכו'; ווען דו קומסט אהיים פון חדר זאלסטו גיין אביסל שפילן, עס איז זייער געזונט פאר קינדער זיך אויסצוגעבן; זאלסטו קודם גיין אביסל שפילן, טאנצן און ארום שפרינגען מיט דיינע חברים, נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור ווייטער אין ש"ס כסדרן. זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, אדער אין שטוב אדער אין א שול וואו עס איז רואיג און לערן א בלאט נאך א בלאט, וועסטו זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן ש"ס נאך פאר דיין בר מצוה, דורכדעם וועסטו ממשיך זיין אויף דיר א צלם אלוקים.


דער עיקר זאלסטו זיך פירן מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט; גיי אביסל שפאצירן זיך אויסרעדנדיג דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין א צדיק, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נישט מסיח דעת זיין פון דיר", וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


חזק ואמץ מיט אלע דיינע כוחות.

#32 - ווי אזוי קענען מיר אוועקשלעפן אונזער בחור פונעם סמארטפאון?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א בחור וואס פאלט ליידער, ער האט זיך געשאפט א סמארטפאון צו קוקן שלעכטע זאכן, און בכלל איז זיין התנהגות זייער שוואך. א בעל מחנך האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל פארן מיט אים אויף ווייטע אינטערעסאנטע פלעצער און אזוי אים מקרב זיין, ער זאל שפירן אז מיר ווילן פארברענגען מיט אים. מיר האבן טאקע אזוי געטון, מיר זענען געפארן מיט אים, און קודם האט אונז זייער געשטערט אז מיר פארן דאך ווייל מיר ווילן אים מקרב זיין און מיר האפן אז אזוי וועט ער האבן מער שמירת עינים, און דערווייל דארף מען זיך דרייען אין לופטפעלד און גוי'אישע האטעלן און אין נאך אזעלכע פלעצער וואס איז בכלל נישט געאייגנט פאר שמירת עינים. אבער נאך פיל מער האט אונז געשטערט אז זייענדיג שוין דארט, איז ער ווייטער אלעמאל געווען פארנומען צו קוקן אין זיין טעלעפאן, ס'האט אים בכלל נישט אינטערעסירט די אלע אינטערעסאנטע זאכן.


וואס איז די עצה, ווי אזוי קענען מיר מקרב זיין אונזער בחור? ווי אזוי קענען מיר אים צוריק ברענגען אויפ'ן גלייכן וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז ראטעווען פון דעם חושך כפול ומכופל - די שרעקליכע צרה פון אינטערנעט. וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דאס שעדליכקייט פון האבן אן אפענעם קאמפיוטער, סמארטפאון, אייפאד וכו' - איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור; ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, טעבלעט, סמארטפאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, סמארטפאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן.


יעצט ווען אייער זון איז צוגעקלעבט צום טעלעפאון, עס אינטערעסירט אים שוין נישט קיין שום זאך השם ישמרינו, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן טאג איין טאג אויס ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין זיי א ריינקייט זיי זאלן זוכה זיין תשובה צו טון.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תפילה איז; דער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר'ן תיקון הכללי, וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון געבן א פרוטה לצדקה לזכותי און זאגן דעם תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער רבי נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, תפילה האט דאך א גרויסן כח און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


זאלסט יעדן טאג נאס מאכן דעם ספר תהילים מיט טרערן, וויינען צום אייבערשטן ער זאל צוריק קומען; דאס זאלסטו טון ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בפניו פאר אים זאלסטו זיין פרייליך; זאלסט אים מקרב זיין און רעדן שיין צו אים, עס פעלט נישט אויס צו פארן אויף פלעצער וכו'. אין די צייט ווען אלע קינדער שלאפן אדער אינמיטן טאג וכדומה, דעמאלט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע שינוים לטובה ביי אים, ביז ער וועט אינגאנצן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#31 - ווי אזוי מאכט מען א געשמאקע אטמאספער אינדערהיים?
שלום בית, חינוך הילדים, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר ממש געגעבן דעם שכל אין לעבן ווי אזוי צו האנדלען מיט זיך אליין, מיט די ווייב און קינדער, און מיט אלעס אין לעבן.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מ'דארף זיין מקרב זיין און מאכן גוט פילן שטענדיג. איך בין נישט אויפגעוואקסן אזוי, און איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסלערנען, געבן דוגמאות, ווי אזוי מ'געבט ליבשאפט פאר א מענטש, ווי אזוי איז מען מקרב די קינדער און די ווייב אז זיי זאלן זיך שפירן געשמאק צו זיין אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת לא.) עס איז געקומען א גוי צום הייליגן תנא הלל הזקן אז ער וויל זיך מגייר זיין בתנאי אויב ער קען אים אויסלערנען די גאנצע תורה ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס, האט אים הלל הזקן געזאגט די פאר ווערטער: "דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר - זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר, "זוֹ הִיא כָּל הַתּוֹרָה כּוּלָהּ"; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען געבט ליבשאפט אין שטוב פאר די ווייב און קינדער, זאלסטו שטענדיג טראכטן: 'דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד, וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר, זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר'; ווי אזוי וואלסטו געוואלט מען זאל רעדן צו דיר? מען זאל זיך פירן מיט דיר? אזוי זאלסטו רעדן צו זיי.


אז דו ווילסט אויפבויען דיין שלום בית, דו ווילסט זיין א גוטער מאן און א גוטער טאטע, זאלסטו בעיקר אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. געב א קוק וואס דער תורה לערנט אונז, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער אים געזאגט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס מיינט מען די מענער; ביי די פרויען שטייט א לשון: "תֹאמַר", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו זיי מיט א ווייכע שפראך, און פאר די מענער זאל ער זאגן: "'וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל' - עוֹנְשִׁים וְדִקְדוּקִין פָּרֵשׁ לִזְכָרִים, דְבָרִים הֲקָשִׁין כְּגִידִין"; זעט מען פון דעם אז מען דארף רעדן אין שטוב ווייכע דיבורים.


בעט דעם אייבערשטער די תפילה וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט מתקן געווען (תפילה קודם התפילה), וואו ער בעט אין די תפילה: "'וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, העלף מיר איך זאל רעדן צו מיין ווייב איידל און שיין", אויך זאלסטו נישט זיין קיין קארגער אויף גוטע ווערטער, גוטע ווערטער איז קיינמאל נישט גענוג, וויפיל מען געבט קען מען אלץ מוסיף זיין נאך גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#30 - ווי אזוי ווער איך נאנט מיט מיין זון, וועמען איך האב אסאך געשלאגן און פארשעמט?
חינוך הילדים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס האב איך אנגעהויבן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב באקומען א נייעם בליק אין לעבן אין אלע ענינים, עס האט מיר פיל געהאלפן אין אלע ענינים אין לעבן.


איך וויל וויסן וואס איך קען טון, אזוי ווי איך האב ליידער נישט געוואוסט ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, איך האב נאר געטון וואס איך האב געזען ביי מיין טאטן, צו שלאגן, ציפן, שטויסן און פארשעמען, און פארשטייט זיך אז דאס האט געמאכט אז מיין זון זאל ווערן זייער דערווייטערט פון מיר.


נאכ'ן אנהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך געכאפט ווי נישט ריכטיג איך האב געהאנדלט, פארשטייט זיך אז איך האב תשובה געטון, און איבערגעבעטן מיין זון, אבער למעשה שפירט ער זיך נאך זייער דערווייטערט פון מיר.


וויל איך וויסן וואסערע השתדלות איך קען טון צו מקרב זיין צוריק מיין זון, אז מיר זאלן ווערן צוריק באהבה ואחוה ושלום ורעות.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס; אז א מענטש מיינט עס ערנסט, ער וויל ארויסגיין פון זיינע שלעכטע מעשים קען ער אלעס מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


וויסן זאלסטו אז דו האסט א נס אז דיין זון האלט זיך נאך בדרך התורה, ווייל בדרך כלל ווען א קינד כאפט אריין אזעלכע זאכן פון זיינע עלטערן, אזוי ווי דו שרייבסט: "שלאגן, ציפן, שטויסן און פארשעמען" - גייען זיי ארויס לתרבות רעה השם ירחם. אלע בחורים און מיידלעך וואס גייען ארויס לתרבות רעה - רובם ככולם זענען די עלטערן שולדיג אין דעם, נאכדעם וואס זיי האבן מחנך געווען די קינדער דורך "שלאגן, ציפן, שטויסן און פארשעמען", זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער א שנאה צום אייבערשטן און צו די תורה.


ווען מען טראכט אריין זעט מען אז די וועג פון שלאגן, ציפן, שטויסן און פארשעמען איז בכלל נישט קיין חינוך; ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די אייגענע נערוון. מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער; סיי עס העלפט נישט און סיי עס ווערט נאר ערגער וכו'.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פאר'ן רבי'ן יעדע זאך בפרטי פרטיות פון זיין לעבן און פרעגן צי ער האט גוט געטון אדער נישט, אמאל האט רבי נתן דערציילט פאר'ן רבי'ן: "מיין זון האט נישט געוואלט אריין קומען שבת ביי די סעדה צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס איך האב אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האב איך אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריין קומען צו די סעודה", ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


ווער רעדט נאך אז מען טאר נישט שלאגן גרויסע קינדער, דאס איז א בפירוש'ע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ) אז גרויסע קינדער מען טאר נישט שלאגן, מען איז עובר אויף (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", ווייל זיי קענען צוריק שלאגן און איבערלאזן דאס אידישקייט; ווי מעג א איד שלאגן, ציפן, שטויסן און פארשעמען די קינדער? ווי קען א איד אויפהייבן א האנט אויף א צווייטן איד?! א גוי שלאגט וכו'.


דו זאלסט ווייטער מקרב זיין דיין זון; עס וועט נעמען א שטיק צייט ווי לאנג עס וועט זיך פארהיילן זיינע ווייטאג פון די קלעפ און פארשעמונגען וואס ער האט געכאפט און פארשעמט געווארן פון דיר השם ישמרינו, אזוי אויך זאלסטו אסאך וויינען צום אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף די שרעקליכע מעשים, און מיט תפילה וועט עס ארויסגיין פון אים.


נעם זיך אונטער צו פארשפרייטן די קונטרסים פון מוהרא"ש אויף חינוך הילדים; סיי די אידישע קונטרסים: "געדולד צו קינדער" "צושנייד מיך נישט", און "אידיש נחת", און סיי די קונטרסים אויף לשון הקודש: "אוצר חינוך הילדים", צו ראטעווען נאך קינדער פון ווערן דערמארדעט פון די עלטערן. אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.

#29 - ווי אזוי קען איך אריינברענגען דעם רבי'ן אין מיין שטוב?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, און צוביסלעך האב איך ברוך ה' אנגעהויבן לערנען משניות, און דערנאך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין, אין צוויי וואכן ארום ווערט גאנצע צוויי יאר פון ווען איך האב אנגעהויבן מעביר סדרה זיין יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, און דערנאך האב איך אנגעהויבן אויך לערנען גמרא, און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז היינט לערן איך שוין ברוך ה' פינף שעה טאג, נאך מיין פארמיטאג ארבעט אלס מלמד.


מיין לעבן האט זיך ממש געטוישט צום גוטן ברוחניות ובגשמיות, אזויפיל בעסער געווארן אין שלום בית, אין פרנסה, אין חינוך, און אין אלע זאכן, און אלעס איז נאר אין זכות פון די חיזוק און די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א.


איך האב א שאלה איבער מיין טאכטער, זי זעט ביי די ארומיגע משפחה, אז יעדער האט זיך זיין רבי, און מ'האלט מיט טישן מיט די אלע איבריגע זאכן וואס איז דא ביי יעדע חסידות, און זי פרעגט מיר פארוואס מיר האבן דאס נישט. איך פרוביר איר צו ערקלערן אז מיר האבן א רבי, מיר גייען אין זיינע וועגן, און מיר פרעגן אים יעדע זאך, אבער למעשה זעט זי נישט ביי אונז דער מצב וואס מ'זעט ביי אנדערע רבי'ס און חסידות'ן.


ווי אזוי קען איך מקשר זיין מיין הויז צום הייליגן רבי'ן, צו מוהרא"ש זי"ע, און צום ראש ישיבה שליט"א?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "'אֵייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן', וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן לעבן מיטן רבי'ן זאלסטו שטענדיג דערציילן מעשיות פון רבי'ן; ווי דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער זיי זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט. רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ ז"ל, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", יעדעס מאל ווען איינער איז געקומען צום רבי'ן און ער האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד, האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערע מענטש אינגאנצן.


דערצייל זיי מעשיות פון אנשי שלומינו; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכז): "שֶׁיְּסַפְּרוּ כַּמָה מַעֲשִׂיּוֹת מֵאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ", עס וועט נאך זיין אסאך מעשיות צו דערציילן פון אנשי שלומינו, "וּמִכָּל אֶחָד וְאֶחָד יִּהְיוּ כַּמָה מַעֲשִׂיּוֹת", פון יעדן איינעם וועט זיין שיינע מעשיות צו דערציילן; זאלסטו דערציילן פאר דיינע קינדער מעשיות פון תפילה און מעשיות פון הפצה, מעשיות פון אנשי שלומינו ווי זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן מיט מסירות נפש, מיט בזיונות און שפיכת דמים. ווי מענטשן קומען צוריק צום אייבערשטן דורך די ספרים און קונטרסים - וועלן זיי אויך עוסק זיין אין תפילה און אין הפצה, זיי וועלן שוין נישט דארפן קיין טישן וכו', וכו'.


אמאל פלעגט מען טשעפען ברסלב'ע חסידים און זיי אנרופן מיט'ן שפעט נאמען: "טויטע חסידים", ווייל מיר פארן צו א ציון פון א רבי; היינט צו טאג'ס ווייסן שוין אלע ווער עס זענען טויטע חסידים און ווער עס זענען די לעבעדיגע. אלע חסידות'ן זענען היינט צו טאג'ס מקנא ברסלב'ע חסידים און אלע ווייסן היינט ווער די "טויטע חסידים" זענען. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין (גוּטֶער יוּד) כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים?!" וואלט איך נישט געקענט זיין ווי אנדערע רבי'ס וואס די חסידים קומען צו זיי און ווייסן נישט פארוואס זיי קומען און ווען זיי גייען אהיים מיט ליידיגע הענט און קומען נאכאמאל צוריק ווייסן זיי נאכאמאל נישט פארוואס זיי זענען געקומען, "אֲבָל אֲנִי לֹא רָצִיתִי בְּכָל זֶה, רַק לָקַחְתִּי עַצְמִי לַעֲסֹק בָּזֶה לְהַחֲזִיר אֶתְכֶם לְמוּטָב", איך האב דאס נישט געוואלט, נאר איך האב אלעס אוועק געגעבן אבי איר זאלט זיין גוטע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - קען א מאמע בעטן דעם אייבערשטן אנשטאט איר קינד?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, איך בין זיך זייער מחיה דערמיט, און כאטש וואס כ'פלעג אלץ רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז יעדע אידישע פרוי רעדט צום אייבערשטן אפילו מ'איז נישט קיין ברסלבער, אבער די שיעורים און דרשות געבן מיר פיל מער חיזוק זיך מער צו שטארקן צו בעטן דעם אייבערשטן.


מיין בחור לערנט אין א ישיבה, אבער ער מוטשעט זיך שטארק ברוחניות, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און פארשטייט זיך אז מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם, איך וויין אסאך צום אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, דער בחור אליין שפירט נישט אז עפעס פעלט אים, ער מיינט אז ער וויל פשוט הנאה האבן אויף דער וועלט, און ער כאפט נישט ווי ער גייט אויפ'ן וועג אראפ צום שאול תחתית, און ער וועט נישט בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך צוריק כאפן. איז די שאלה צי איך קען עס טון אנשטאט אים, אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אים אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אפלאזן די אלע שלעכטע כלים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט צו קוקן שלעכטע זאכן, ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איז דאס די זעלבע זאך ווען איך בעט אנשטאט אים? וועט דאס העלפן די זעלבע ווי ווען ער אליין וואלט ווען געבעטן פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די הוה אמינא צי עס העלפט תפילות פון א מאמע פאר אירע קינדער?! אלע גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט איז נאר ווייל זייערע מאמעס פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט תפילות צום אייבערשטן אויף אלע קינדער וועט איר זען פיל נחת ביי אלע פון זיי, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר דעם קינד וואס פאלט וכו', פאר אלע אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פועל'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט, אַזוֹי זָאל אָנְגֶעצִינְדְן וֶוערְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס לִיכְט אִין אַלֶע אִידִישֶׁע הֶערְצֶער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט, בִּפְרַט מַיין זוּן הַבָּחוּר ..., הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אִים אוּן עֶפְן אִים זַיין הַארְץ עֶר זָאל נָאר דִיר וֶועלְן, עֶר זָאל אָפְּלָאזְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן, עֶר זָאל הָאבְּן רֵיינֶע אוֹיגְן אוּן נִישְׁט קוּקְן דִי אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט זָאלְסְטוּ אִים לִיכְטִיג מַאכְן זַיין לֶעבְּן, עֶס זָאל אַרַיין גֵיין אִין אִים אַ רֵיינֶע גֵייסְט, אַ הֵיילִיגְקֵייט. מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפזעצן און אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו קוקן גוט אויף אים; זוכטס אויף גוטע נקודות אויף אייער זון נרו יאיר און מאכט דערפון אן עסק, ווייל געווענליך זוכט מען אלץ חסרונות אינעם קינד. ווען מען זעט עפעס וואס דער קינד דארף פאררעכטן האלט מען פאר דעם קינד, אבער ווען דער קינד טוט גוטס דעמאלט זאגט מען גארנישט, דער וועג איז נישט קיין וועג; קלוגע עלטערן מאכן פון יעדע גוטע נקודה אן עסק.


אז איר וועט קוקן גוט אויף אים וועט איר אים צוריק ברענגען אינגאנצן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


שטארקטס אייך אין תפילה, זייטס ממשיך מיט אייערע תפילות וועט איר זען גרויסע ניסים.

#27 - וואס טו איך אז מיין טאטע מאכט זייער אנצויגן דעם גאנצן שבת?
שבת קודש, חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך געוואלט זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס געבן מיר ממש לעבן, ובפרט די שיעורים פון זומער אין קעמפ, וואס זענען גאר עפעס אנדערש, איך ווארט א גאנץ יאר דערויף. א גרויסן יישר כח.


מיין טאטע מיט מיינע ברידער זענען געקומען צו מיר אויף שבת, איך האב אריינגעלייגט אסאך כוחות און געלט אז דער שבת זאל זיין שיין און געלונגען, אז יעדער זאל זיין זייער צופרידן, למעשה האט זיך עס אבער אויסגעלאזט זייער נישט גוט. מיין טאטע איז געווען זייער נערוועז דעם גאנצן שבת, יעדע מינוט האט געשריגן אויף א צווייטן קינד, און וויפיל איך האב פרובירט צו מאכן א געשמאקע אטמאספער ביים טיש, האט ער ווייטער געהאלטן אין איין שרייען און מאכן אנגעצויגן די לופט.


פארשטייט זיך אז אלעמאל איז ער גערעכט מיט זיינע טענות, און וואס איך טו איז קיינמאל נישט גוט, אזוי איז אלץ די שבתים אויך ביי אים אינדערהיים, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז.


מיין שאלה איז צי איך דארף נאך גיין צו אים אויף שבתים, אז מיין ווייב און מיינע קינדער זאלן צוזען זיינע שבת טיש מיט כעס און נערווען. ער פארלאנגט אז מיר מוזן קומען יעדע פאר וואכן, וואס דארפן מיר צו טון?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; ווער עס הערט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען און די גאנצע לעבן ווערט אן אנדערע סארט לעבן.


בנוגע דיין טאטע וכו'; וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז נישט קיין גרינגע מצוה מקיים צו זיין, אבער ווער עס איז נזהר אין די מצוה איז זוכה אז זיינע קינדער וועלן זיך אנשטרענגען אים צו מכבד זיין און אזוי אויך פארקערט; אויב מען פירט זיך נישט מיט דרך ארץ צו די עלטערן וועלן די קינדער זיך אויך פירן מיט חוצפה.


דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א פחד פון א מעשה (ספר בן יהוידע על מסכתא בבא מציעא דף לג): עס איז געווען א גרויסער גביר וואס האט געהאט אן אלט'ן טאטע'ן אן ארימאן, דער גביר האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און ער האט געדארפט שלאפן אין גאס מיט אנדערע ארימעלייט; ויהי היום עס איז געווען אינמיטן ווינטער, זייער א קאלטע טאג, ווען דער אלטער טאטע איז געזיצן אין גאס פרירנדיג פאר קעלט, איז דארט אריבער זיין אייניקל - א זון פון דעם גביר, האט דער זיידע געבעטן זיין אייניקל: "איך בעט דיר, גיי בעט דיין טאטע זאל אויף מיר רחמנות האבן און מיר שיקן א ווארעמע מלבוש אז איך זאל נישט אויסגיין פאר קעלט דא אין גאס, דער אייניקל איז אהיים געקומען און געבעטן: "טאטע, האב רחמנות אויף זיידי; זיידי בעט א ווארעמע קלייד", האט דער גביר געזאגט צו זיין זון: "גיי ארויף אויבן אין בוידעם, דארט האב איך אן אלטע קלייד וואס איך דארף סיי וויי נישט, דאס קענסטו טראגן פאר'ן זיידע'ן"; דער זון איז ארויף אין בוידעם און געטראפן אן אלטע קלייד פול מיט ריסן און גרויסע לעכער. ער איז געווארן זייער אויפגערעגט, ער האט גענומען א שערל, איינגעקנייטשט דעם קלייד און דאס צעשניטן אין האלב. ווען זיין טאטע - דער גביר האט געזען אז דער זון קומט נאך נישט אראפ, האט ער ארויף געשריגן צום בוידעם: "וואס טוסטו אזוי לאנג אין בוידעם? גיי שוין מיט דעם קלייד צו מיין טאטע!" דער זון האט זיך אבער ווייטער פארזוימט, ער האט געענדיגט שניידן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך און אראפ געקומען צו זיין טאטע מיט איין שטיקל קלייד, האט אים דער טאטע געפרעגט: "פארוואס האסטו צעשניטן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך?" האט ער געזאגט פאר זיין טאטע: "איין שטיקל לייג איך אוועק פאר דיר, ווען דו וועסט ווערן אן אלטער מענטש וועל איך דיר ארויס ווארפן פון שטוב און ווען עס וועט קומען ווינטער און דו וועסט זיין קאלט וועל איך דיר שיקן דעם צווייטן חלק פונעם קלייד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא לך לך, ט): 'מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים', ווי אזוי די פירסט זיך מיט דיינע עלטערן וועל איך זיך פירן מיט דיר"; האט דער טאטע זיך געכאפט ביים קאפ וואס ער האט געטון און ער האט אהיים גערופן זיין אלטן טאטע'ן, ער האט אים אריין גענומען אין שטוב און אים איבערגעבעטן.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מעשה ווי אזוי ער ברענגט דאס, מער באריכות.


נאך די מעשה וועסטו שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיין טאטע; אפילו דיין טאטע שרייט און האלט דיר פאר וכו' וכו' וועסטו אים ווייטער מכבד זיין און ווייזן פאר דיינע קינדער ווי אזוי א איד פירט זיך מיט א טאטע. דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


שרייב מיר נאך, וועל איך דיר מדריך זיין אויפן זיסן וועג וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז; די וועג פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן א חיים טובים, א לעבן פון גן עדן אויף די וועלט.


א גוט שבת.

#26 - דארף איך טאקע נחת פון די קינדער נאר פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צו די חתונה פון אייער קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך אידיש נחת פונעם פארפאלק, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, אין זכות פון די אלע שטיבער וואס איר ראטעוועט מאפילה לאור גדול.


איך זאג די תפילה פון של"ה הקדוש אויף גוטע קינדער, אבער ביי די ווערטער "אַתָּה ה' יוֹדֵעַ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה", שפיר איך זיך ווי א ליגנער ווייל איך האלט נישט אז איך בעט פאר גוטע קינדער ממש פאר'ן באשעפער'ס וועגן, איך מיין אז ס'איז מער פאר כבוד און מנוחה, איך האלט נישט אויף אזא מדריגה, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ווייטער ממשיך צו זאגן די תפילה אויף גוטע ערליכע קינדער און ווען דו זאגסט די ווערטער פון תפילת השל"ה: "וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה" - זאלסטו זיך נישט שפירן ווי דו זאגסט ליגנט ווייל באמת איז דאס דיין רצון און דער רצון פון יעדע איד, צו דינען דעם אייבערשטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן; יעדער איד וויל דינען דעם אייבערשטן לשמה – פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, נאר דער יצר הרע פארדרייט דעם קאפ, מח און הארץ מען זאל נאכגיין תאוות און נארישקייטן. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א ברענגט אין די תפילה וואס ער פלעגט זאגן יעדן ערב ראש השנה און מיר פירן זיך אויך דאס צו זאגן יעדן ערב ראש השנה נאכן מאכן התרת נדרים, מיר זענען דערביי מגלה דעת אז מיר ווילן טון נאר דעם רצון פונעם אייבערשטן און אלע אנדערע מחשבות וואס קומען אריין איז מצד דעם יצר הרע.


איידער איך בין מקוב געווארן צום הייליגן רבי'ן, פאר איך האב זיך דערוויסט פון די זיסע עצה פון התבודדות פלעגט איך זייער אסאך זאגן די תפילות פון ספר עבודת הקודש, בפרט די "מסירת מודעה" וואו מען שמועסט זיך אויס אז מען וויל זיין אן ערליכער איד אפילו עס זעט אויס ווי מען וויל עפעס אנדערש.


דא האסטו דעם נוסח:


"הֲרֵינִי מוֹסֵר מוֹדָעָה לִפְנֵיכֶם שֶׁכָּל מַחֲשָׁבָה רָעָה וְהִרְהוּר רַע וּרְעוּתָא דְלִבָּא אִם יַעֲלֶה בְּלִבִּי וּמֹחִי, וּבִפְרָט בְּעֵת הַתְּפִלָּה וְתַלְמוּד תּוֹרָה בְּאֵיזֶה צַד וָאֹפֶן שֶׁאֵינוֹ לִכְבוֹד וּרְצוֹן הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ, מֵעַכְשָׁיו אֲנִי מְבַטֵּל אוֹתָן מַחֲשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים וּרְעוּתָא דְלִבָּא אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד רְצוֹן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּטּוּל גָּמוּר כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר, וּמִכָּל שֶׁכֵּן אִם אֲדַבֵּר אֵיזֶה דִּבּוּר רַע וְאִסּוּר מֵעַכְשָׁיו יִהְיוּ הַכֹּל בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים. וְעַתָּה אֲנִי מְבָרֵר וּמְפָרֵשׁ בַאֵר הֵיטֵב וַאֲנִי מְגַלֶּה דַּעְתִּי וּרְצוֹנִי בְּכָל לִבִּי כִּי רְצוֹנִי וּמַאֲוָיִי וְכַוָּנָתִי לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאֵנוּ אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אֱלֹקֵי יִצְחָק וְיִשְׂרָאֵל עֲבוֹדָה שְׁלֵמָה, עֲבוֹדָה תַּמָּה בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה בְּיִרְאָה וְאַהֲבָה וְשִׂמְחָה כַּדָּת מַה לַּעֲשׂוֹת, וְכָל מַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה נֶגֶד רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ מֵעַכְשָׁו בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים, כִּי הֵם מִצַּד יֵצֶר הָרָע וְהַכֹּל הָבֶל, בְּאֹפֶן שֶׁכָּל עֲבוֹדָתֵנוּ לַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה הַכֹּל הוּא לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְפָנָיו דַּוְקָא בְּלִי שׁוּם פְּנִיָּה כְּלָל וְעִקָּר, וְהַכֹּל הוּא לְשֵׁם יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּדְחִילוּ וּרְחִימוּ וּרְחִימוּ וּדְחִילוּ לְיַחֲדָא שֵׁם י"ה בְּו"ה בְּיִחוּדָא שְׁלִים בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל, לְדַעַת רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי וְרַבִּי אֶלְעָזָר בְּנוֹ, וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִּי. וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב וְתַלְמִידָיו, וּלְדַעַת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא וְתַלְמִידָיו, הַמָּקוֹם בְּרַחֲמָיו יַעְזְרֵנוּ עַל דְּבַר כְּבוֹד שְׁמוֹ מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


לייג אוועק אלע דיינע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות; קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. און רבי נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און טוען נישט אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#25 - וואס טו איך אז מיין זון האט נישט קיין נארמאלע סדר היום?
שידוכים, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, איך האב א זון אין די דרייסיגער יארן, וואס ער האט זיך ליידער גע'גט, און ער וואוינט ביי מיר אינדערהיים.


איך בין זייער צופרידן פון זיין התנהגות, און איך האף אז ער וועט טרעפן זיין ריכטיגער זיווג בקרוב, עס שטערט מיר אבער זייער שטארק אז ער שטייט אויף יעדן טאג זייער שפעט, ער האט א צעפארענער סדר, און איך האב מורא אז דאס וועט אים זייער שטארק שטערן פאר שידוכים, ווער וועט דען וועלן נעמען איינעם וואס האט נישט קיין נארמאלער סדר היום?


וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן, אים צו שטעלן נארמאל אויפ'ן פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר ווילט העלפן אייער זון, זאלט איר אים גארנישט זאגן; נישט נאר איר זאלט אים נישט קריטיקירן, נאר איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן אויף אים מיט א גוט אויג. קוקט נאר אויף זיינע גוטע זאכן וועט איר האבן אסאך נחת פון אים.


עס איז זייער וויכטיג פאר קינדער זיי זאלן שפירן אז זייערע עלטערן האלטן פון זיי; אז א קינד שפירט ווי זיינע עלטערן האלטן נישט אזוי שטארק פון אים ברענגט דאס אז ער זאל זיך נישט וועלן פארבעסערן וכו'. דעריבער איז זייער וויכטיג מען זאל קוקן אויף קינדער מיט א גוט אויג, זיי זאלן שפירן ווי מען טראסט זיי, און איינמאל קינדער שפירן אז די עלטערן האבן טראסט אין זיי וואקסן זיי אויף לשם ולתפארת. דערפאר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן נאר אויף זיינע גוטע חלקים, וועט דאס אים געבן כח צו וועלן און פרובירן בעסער צו ווערן.


בנוגע דאס וואס ער שטייט אויף שפעט וכו'; איר זאלט נישט זיין באזארגט אויף דעם, ווייל דאס קומט נישט פון שלעכטיקייט נאר דאס קומט פון זיין איינער אליין וכו'. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו טון מיט תלמידים שוין איבער פיפצן יאר; איך האב געזען ביי אסאך תלמידים ווי זיי פלעגן זיך זייער מוטשען מיט'ן אויפשטיין אינדערפרי, גארנישט האט זיי געקענט מאכן אויפשטיין, ביז זיי האבן געטראפן זייער זיווג, און ווען זיי האבן חתונה געהאט האבן זיי זיך זייער שיין מסדר געווען.


אזוי וועט זיין מיט אייער זון, ווען ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער זיך שיין מסדר זיין, אבער ביז דעמאלט דארפט איר רחמנות האבן אויף אים און אים נאר געבן ליבשאפט. דאנקט דעם אייבערשטען אז ער פירט זיך ערליך, און עס זאל אייך בכלל נישט אנגיין אז ער שטייט אויף שפעט; קוקט'ס נישט אויף דעם, דאס קומט פון צעבראכענקייט - פון זיין אליין, און איינמאל ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער אויפשטיין צייטליך.


איך ווארט צו הערן פון אייך בקרוב אז אייער זון האט געטראפן זיין שידוך; ער וועט אייך אם ירצה ה' ברענגען נאר נחת.


 

#24 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#23 - קינדער זענען נישט חברים מיט די עלטערן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע קלארע שיעורים. איך הער עס אויס יעדע נאכט, און עס געבט מיר אמת'ע חיזוק און חשק פאר'ן קומענדיגן טאג. דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן נ"ט) אז ס'איז א סגולה פאר קינדער אז מען זאל נישט צופיל שפילן מיט זיי, איך האב געוואלט פארשטיין פשט אין דעם, און ווי אזוי דאס ארבעט.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט פשט אין די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז א סגולה פאר די קינדער מען זאל זיך נישט צו סאך שפילן מיט זיי און זיי נישט צערטלען; איר ווילט דאס פארשטיין.


וויסן זאלט איר אז קינדער נוצן אויס די שוואכקייט פון די עלטערן; היות עלטערן האבן זייער ליב זייערע קינדער און שפילן זיך מיט זיי וכו' דערפאר שפירן די קינדער ווי די עלטערן זענען זייערע חברים, דאס ברענגט אז זיי זאלן טאנצן און שפרינגען אויף די עלטערנס קאפ און זיי נישט פאלגן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "א לייב ברומט נישט ווען מען געבט אים צו עסן שטרוי, ער ברומט ווען ער עסט פלייש"; דער כלל זאלט איר גוט געדענקען: "ווי מער מען געבט פאר איינעם, אלץ מער שטויסט ער נאכדעם", ווי מער מען געבט פאר קינדער אלץ מער שטויסן זיי נאכדעם די עלטערן; דעריבער האט דער רבי געזאגט אז מען זאל זיך נישט צופיל שפילן מיט די קינדער ווייל דאס וועט מאכן אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן וכו'.


עס איז זייער א שווערע שיחה מקיים צו זיין, ווייל ווער האט נאך אזוי ליב קינדער ווי זייערער עלטערן, דערפאר שפילט מען זיך מיט זיי וכו' וכו' און די קינדער נוצן דאס נאכדעם אויס. צום ביישפיל, ווען עס קומט צו לייגן שלאפן די קינדער קען מען זיי נישט לייגן שלאפן ווייל זיי פאלגן נישט וכו' און נאכדעם קען מען נישט אויפשטיין צייטליך.


נאך א שיחה איז דא פון רבי'ן: "א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט"; מוהרא"ש איז מסביר אז דאס גייט צוזאמען, ווי מער מען קישט - דאס הייסט מען שפילט זיך מיט די קינדער ווי חברים ווערן זיי מער צעווילדעוועט, זיי פאלגן נישט ווען מען רעדט צו זיי, ביז מען הייבט זיי אן צו שלאגן; אז מען וואלט נישט אנגעהויבן מיט קישן וואלט מען נישט געדארפט שלאגן.


אויב עלטערן ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער דארפן זיי ווייזן פאר די קינדער אז זיי זענען נישט זייערע חברים; קינדער דארפן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט זייערע חברים. א ווארט פון טאטע איז א ווארט; "יא" איז "יא", און "ניין" איז "ניין".


פארשטייט זיך אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער, און עלטערן דארפן פארגיסן טרערן פאר די קינדער; קינדער זענען צוגעגליכנט צו ביימער, ווי מער מען באוואסערט זיי מיט תפילות אלץ שענער וועלן זיי וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - א שכן האט אנגערירט מיין קינד אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער, וואס טוט מען?
חינוך הילדים, קדושה, חיזוק פאר פרויען, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק, דאס איז ממש מיין לעבן, די לעבן ווערט גרינגער און שענער, און די קינדער זעען מער א פרייליכערע מאמע, און אזוי ווייטער טוישט דאס מיין גאנצן לעבן צום גוטן.


מיין פראגע איז אזוי, בערך א יאר צוריק האט איך אנגעהויבן הערן די שיעורים, און איך בין נתעורר געווארן איבער דעם ענין צו רעדן אפן צו די קינדער, זיי אנווארענען זיך אכטונג צו געבן פון קראנקע בחורים און מענטשן, און זייט דעמאלט רעד איך צו מיינע קינדער איבער דעם יעדע שטיק צייט, און אויך זאג איך זיי אז אויב האבן זיי א חשד אויף איינעם זאלן זיי קומען דערציילן.


איין טאג קומט צו מיר מיין זון - 9 יאר אלט - און דערציילט מיר אז לעצטע יאר האט אים א שכן - א אינגל פון 12 יאר - אנגערירט אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער, און ער האט דעמאלט מורא געהאט צו דערציילן די מעשה און יעצט האט ער גענומען די שטארקייט צו קומען דערציילן. (שפעטער האט ער שוין נישט געוואלט איך זאל רעדן מיט אים וועגן די מעשה).


יעצט איז מיין שאלה וואס איך זאל טון מיט דאס קינד, אז ער זאל נישט געשעדיגט ווערן פון דעם, ער איז א וואויל אינגל און האט ליב צו לערנען, איך האב אים געזאגט ער זאל זאגן משניות, אבער מענטשן האבן מיר צוגערעדט אים צו שיקן צו א געוויסע סארט טערעפי וואס קען אינגאנצן ארויסנעמען פון אים דער פראבלעם, און מ'קען אויך זען אויב ס'איז שוין אריבער אינגאנצן אדער נישט, פון די שיעורים האב איך אבער פארשטאנען אז דאס איז נישט די עצה, איך בין אבער נישט רואיג וואס איך דארף צו טון.


און נאך א שאלה איז וועגן דעם בחור דער פוגע וואס איז היינט שוין 13 יאר, און איז אריין צו א גוטע ישיבה און קוקט אויס א גוטער בחור, ווייסן מיר נישט אויב מיר זאלן דאס דערציילן פאר זיינע עלטערן, וואס וועלן זיי דען קענען טון? און וואס קענען מיר טון?


איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קלארע ענטפער וואס מיר דארפן צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים; איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן האבן גוטע חברים און אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון שלעכטע חברים.


בנוגע די מעשה וואס אייער קינד פון 9 יאר אלט האט אייך דערציילט, אז א שכן  - א קינד פון 12 יאר - האט אים אנגערירט אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער און איר ווילט וויסן וואס איר דארפט טון.


איר זאלט ווייטער רעדן צו אלע אייערע קינדער בכלליות פון זיך אכטונג געבן פון שלעכטע חברים, עס איז נישט גענוג אז מען זאגט ברמיזה: מען דארף האבן 'גוטע חברים', און מען טאר זיך נישט חבר'ן מיט 'שלעכטע חברים', נאר מען דארף ארויס זאגן קלאר און דייטליך פאר די קינדער ווא מען טאר נישט לייגן די הענט און וואו מען טאר נישט קוקן וכו', און אויב א צווייטער - זאל זיין ווער זאל נאר זיין - וויל אים אנרירן זאל ער אנטלויפן פון יענעם און קומען דערציילן, אזוי וועלן זיי זיין ערליך און ריין.


רעדטס נישט מער מיט אייער קינד פון די מעשה, עס איז גענוג אז ער האט עס אייך דערציילט, יעצט זאלט איר אים נאר הייבן. ער שעמט זיך פון דעם, עס איז נישט גוט איר זאלט דאס אים אויפברענגען, ער האט שוין תשובה געטון אויף דעם.


מען דארף אריין לייגן אין קינדער אז מען קען תשובה טון כדי זיי זאלן נישט ארום גיין מיט שלעכטע מחשבות אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף זיי, מען דארף זיי מחנך זיין זיי זאלן וויסן אז אפילו מען האט געטון אן עבירה קען מען תשובה טון און ווערן א גרויסע צדיק.


זייער גוט אז איר געוואוינט אים איין צו זאגן משניות, דאס וועט אים מאכן פאר א גרויסער צדיק, אבער געדענקט אז א קינד דארף אויך שפילן; ווען ער קומט אהיים פון חדר איז נישט גוט צופיל אים צו שטופן צו לערנען, א קינד דארף זיך אויסגעבן מיט שפילן, נאר שפעטער ווען ער ענדיגט שפילן בלייבט נאך צייט, דעמאלט איז גוט אים צו צוגעוואוינען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד צו זאגן אסאך משניות.


בנוגע צי איר זאלט נעמען אייער קינד פאר טערעפי וכו'; אין דעם פאל וואס ער איז אריבער אזא מעשה מיט א צווייטע קינד - אויף דעם דארף מען נישט קיין טערעפי, עס וועט נאר ערגער מאכן. מה שאין כן אויב מען ווערט באצווינגען פון אן ערוואקסענעם מענטש דעמאלט דארף מען וויסן ווי ווייט עס איז געווען, ווייל דאס קען צוגרינדלייגן א קינד אויף זיין גאנץ לעבן.


איר קענט מעורר זיין די עלטערן פון דעם בחור זיי זאלן רעדן צו אים; די קינדער זענען נישט שולדיג, ווייל ליידער רעדט מען נישט צו זיי. עס קען זיין אז זיי ווייסן אז זיי טוען נישט קיין איידעלע זאך אבער זיי ווייסן נישט ווי גרויס די עבירה איז און וויפיל מען ליידט פון דעם שפעטער. איר דארפט נאר אכטונג געבן נישט צו מאכן א קריגעריי, ווייל זיי קענען נאך אויסדרייען די מעשה אויף אייך וד"ל.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן פאר גוטע קינדער; בפרט א אידישע מאמע דארף ביי די שבת ליכט פארגיסן טרערן צום אייבערשטן אויף יעדע קינד באזונדער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי ברענגט מען אריין אמונה אין די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מאמע צו פינף זיסע קינדערלעך קע"ה, און מיין גאנצע ציל און האפענונג אין לעבן איז אויפצוציען מיינע קינדער מיט אמונה און יראת שמים, זיי זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן.


מיין צען יעריג אינגל האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער האט קשיות אויף די אמונה, ווען איך האב אים געפרעגט וואס ער מיינט צו זאגן דערמיט, האט ער מיר געזאגט אז ער בעט אסאך מאל זאכן פונעם אייבערשטן און ער באקומט עס נישט.


איך האב מיר זייער דערשראקן פון דעם, ס'זעט מיר אויס אז איך האב נישט די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו רעדן צו מיינע קינדער פון אמונה, ווי אזוי אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין זייערע הערצער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה און הדרכה ווי אזוי צו רעדן צו מיינע קינדער, און ווי אזוי אריינצוברענגען אין זיי די הייליגע אמונה.


א גרויסן דאנק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן; דאס האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל - דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן. ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, פלעגן זיי אריין גיין אין שטוב פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זי"ע, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי זייענדיג נאך א קליין אינגל פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זי"ע.


אמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב זי"ע און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליינס אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", מיט די ווערטער האט ער געלעבט און אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל שפאצירט ער אין וואלד בשעת ער זינגט זיך צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליינס אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבער געלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן, דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם ס"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זי"ע געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער ס"מ וויל אים איינרעדן אנטקעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


זעט מען פון דעם אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק פלאקערט דאס אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.


דערפאר אז איר ווילט אן עצה ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן דארפט איר וויסן אז די עצה איז זיי צו דערציילן אן א שיעור מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים; עס איז באוויסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו דערציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


פארשטייט זיך אז מען דארף אליינס אויך האבן אמונה, מען קען נישט איבער געבן אמונה פאר א צווייטן נאר אז מען איז בטל ומבטל צום אייבערשטן; מוהרא"ש טייטשט מיט דעם פסוק (תהלים כה, ח): "טוֹב וְיָשָׁר ה' עַל כֵּן יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ", ווען א מענטש וויל זיין א 'יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ', ער וויל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דארף זיין ביי אים קודם 'טוֹב וְיָשָׁר ה'', ער דארף וויסן ביי זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים, און נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


דאס זעלבע איז מיט עלטערן וואס ווילן מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לעבן מיט אמונה; זיי דארפן זיך אליינס איבער געבן צום אייבערשטן און לעבן מיט אמונה, אזוי וועלן די קינדער אויך לעבן מיט אמונה. יעדע זאך וואס פאסירט אין שטוב זאל מען הערן דערביי די אויסדרוקן: "ברוך השם!" "אלעס איז דער אייבערשטער!" אז עס גיסט זיך עפעס אויס אדער אז עס צעברעכט זיך עפעס דארף מען הערן: "גם זו לטובה", "וואס דער אייבערשטער טוט - איז זיכער גוט"; ביים שבת טיש דארף מען דערציילן מעשיות פון אמונה, מעשיות פון תפילה - אזוי וועט אריין גיין אין זייער הארץ די ריינע אמונה.


אמונה באקומט מען ווען מען רעדט פון דעם און ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ מער איז מען זוכה צו דעם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט: 'מיט מיין מויל פארצייל איך פונעם אייבערשטן', "הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה - דאס אליין איז אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה.


דערפאר איז א גרויסע זאך אז מען זאל שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן, וואו מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט איינעם: "וועסט קומען היינט נאכט?" זאל ער נישט ענטפערן: "יא", נאר: "מיטן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט איינעם: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפערט מען: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן".


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער על דרך התורה והמצוות.


א גוט יום טוב.


 


 

#20 - זאל איך לאזן מיינע קינדער גיין צו מיין געוועזענער מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, כאטש וואס די שיעורים ווערן געגעבן פאר מענער, האב איך אבער אויך פון דעם פיל חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך גיי יעצט אריבער שווערע צייטן אין לעבן, איך בין א גרושה מיט עטליכע ליכטיגע קינדערלעך קע"ה, זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן, פלעגט מיר שלעפן צו נישט גוטע פלעצער, און יעצט זענען מיר שוין גע'גט.


מיין שאלה איז וועגן די קינדער, ביים גט האט מען אפגעמאכט צייטן ווען די קינדער וועלן גיין צו אים, ער זאגט אז ער רעדט צו די קינדער און איז זיי מחנך אויפ'ן געהעריגן וועג אזוי ווי ער איז מחונך געווארן, למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, קודם איז דאס פשוט שווער פאר מיר יעדעס מאל דאס אויסשטעלן ווי אזוי די קינדער זאלן גיין און קומען, למעשה באקומען זיי נישט צופיל יראת שמים פון זיין ביי אים, אבער למעשה באקומען זיי ליבשאפט פון זייער טאטע וואס דאס איז יא גוט פאר זיי.


איז מיין שאלה אויב איך זאל ווייטער אנהאלטן דאס שיקן די קינדער צו אים אזוי ווי מ'האט אפגעשמועסט, אדער זאל איך אפהיטן די קינדער און זיי האלטן נאר ביי מיר?


איך בין זייער צומישט און איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך האף אז איר וועט מיר קענען קלאר שטעלן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער דארפט איר אכטונג געבן זיך נישט צו קריגן מיט דער טאטע פון אייערע קינדער (אייער געוועזענער מאן).


קינדער דארפן האבן זייער טאטע פונקט ווי זיי דארפן זייער מאמע; אויב מען האלט אפ קינדער פון גיין צו זייער טאטע אדער מאמע וועלן די קינדער אויפוואקסן פעלערדיג. אזוי אויך טארן די קינדער נישט הערן ווי מען רעדט איינער אויפן צווייטן, ווען קינדער זעען ווי די עלטערן קריגן זיך ווערן זיי זייער דערשראקן און פארמאכט, דאס ברענגט זיי זאלן אויפוואקסן נישט זיכערע קינדער לא עלינו.


איר זאלט ווייטער שיקן אייערע קינדער צו זייער טאטע אזוי ווי מען האט אפגעמאכט ביים גט, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונט.


איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן ווען זיי דערציילן פון זייער טאטע; אויב איר הערט צוריק פון אייערע קינדער זאכן וואס דער טאטע טוט מיט זיי/רעדט מיט זיי/פירט זיך מיט זיי וכו' וואס איר האלט אנדערש, זאלט איר זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר זאגט זיי אייער מיינונג, כדי איר זאלט נישט מאכן דעם רושם ווי איר רייסט אונטער זייער טאטע. די בעסטע זאך וואלט געווען איר זאלט רעדן מיט אים (ווי אזוי עס איז אייך באקוועם - דירעקט מיט אים אדער דורך א פארמיטלער) און זיך דורך קומען מיט אים, אבער נישט אריין נעמען די קינדער אין ויכוחים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער מיט יראת שמים, און נאך אלע עצות דארף מען געדענקען אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה".


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


אז איר וועט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת און איר וועט זוכן עס זאל זיין שלום, דורכדעם וועט איר ראטעווען אייערע קינדער פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן עב): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל אֶת בָּנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", דורך שלום ווערן די קינדער געראטעוועט פון מיתה און פון גלות; ווייל אז עלטערן קריגן זיך אנטלויפן די קינדער פון שטוב, זיי טרעפן שלעכטע חברים, ביז זיי נעמען דראגס רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#19 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן קיין אינטערנעט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, בחור, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, מיינע עלטערן פלעגן האבן אין שטוב אפענע אינטערנעט, און דאס האט מיר געברענגט צו זען און קוקן דארט דאס ערגסטע. צוביסלעך זענען זיי קלוגער געווארן און האבן אפגעשפארט די אינטערנעט, אבער זיי האבן מיר געלאזט האבן א טעבלעט וואס האט געהאט א שטיקל פילטער, יעצט האט א געוויסער מחנך זיי אויפגעקלערט אז דאס איז אויך נישט גוט, און זיי האבן מיר אלעס אוועקגענומען.


איך שפיר אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די וועלט, איך בעט זיך ביי זיי אז איך וויל ווייטער האבן א טעבלעט מיט א גוטע פילטער, דא אין ארץ ישראל רופט מען עס "אינטרנט רימון", מ'קען מיט דעם זען נאר אימעילס, היימישע סייטס, און כשר'ע געפילטערע יוטוב, מיינע עלטערן ווילן מיר אבער דאס נישט נאכגעבן.


יעצט, מיינע עלטערן פארלאזן זיך אויף אייך, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, אפשר שרייבט איר פאר מיר און פאר מיינע עלטערן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין דעם מצב.


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס איז ממש מיין לעבן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל שרייבן פאר דיינע עלטערן א בריוו אז זיי זאלן דיר לאזן האבן אינטערנעט; וואס זאך איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט הערן וויפיל פראבלעמען דער אינטערנעט איז גורם וואלסטו נישט געבעטן מען זאל דיר עס לאזן האבן. אינטערנעט איז א גרויסע צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; הונדערטער שטובער זענען שוין צעטיילט געווארן צוליב דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג. ער רעדט צו א בחור צו קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, דער בחור דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אם ירצה ה' חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, אלס א טאטע וועסטו דארפן זיין א דוגמא פאר דיינע קינדער, ווי אזוי וועסטו קענען אריין לייגן אין דיינע קינדער יראת שמים אז דו אליינס זיצט טאג און נאכט אויפן אינטערנעט?! איך בעט דיר זייער ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס.


אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט.


ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף דער וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


דאס וואס דו שפירסט אז דו ביסט אפגעהאקט פון די וועלט; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט אזוי, אמת, יעצט איז דיר שווער צו זיין אן דעם ווייל דו דארפסט זיך צוגעוואוינען צו לעבן אין ווירקלעכקייט, די אלע כלים נעמען דאך אוועק דעם מח פונעם מענטש פון לעבן מיטן מציאות וכו', אבער באמת איז מען בכלל נישט אפגעהאקט פון דער וועלט; דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז נישט אפגעהאקט פון דער וועלט, טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים לעבן זייער א שיינע לעבן און ציען אויף ערליכע דורות אן דעם וואס זיי האבן א וועג צום אינטערנעט.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיין אפגעהיטן און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל און איר וועט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב און זען נחת פון ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#18 - שולד געפילן איבער חינוך; אפלאזן אלטע שיעורים און גיין צום דרך הלימוד?
חינוך הילדים, לימוד התורה, פחדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אייער ענטפער, איבער מיין זון וואס ברעכט אונטער די גרויס דרוק צו זיין דער בעסטער אין ישיבה און באקומען די בעסטע צייכענונגען, ביז עס איז אים שוין צוגעטרויטן צום געזונט.


א. איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך שפיר א שטארקע שולד געפיל וועגן דעם, אפשר האב איך געלייגט צופיל דרוק אויף אים, אפשר זאל איך זיך פארנעמען עפעס א גוטע קבלה זיך צו בארואיגן?


ב. איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה, איך ארבעט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, און איך האב ב"ה שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען תורה, מיין שאלה איז אזוי ווי איך הער ביי אייערע שיעורים איבער דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, זאל איך אפלאזן מיינע ביז יעצטיגע שיעורים און אנהויבן לערנען אויף דעם דרך הלימוד?


ג. ווי איך האב אייך שוין געשריבן האט מיין זון א פחד צו דאווענען אין א גרויסע שול מיט אסאך מענטשן, ער וויל דאווענען נאר אין א קלענער שול, מעג ער זאגן א ליגנט פאר זיינע חברים איבער וואו ער האט געדאווענט?


נאכאמאל א גרויסן דאנק אויף אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א. דו שרייבסט אז דו שפירסט א שולד געפיל אויף וואס עס האט פאסירט מיט דיין זון נרו יאיר וכו', און דו פרעגסט וואסערע קבלה טובה דו קענסט מקבל זיין אויף דיר כדי זיך צו בארואיגן.


וויסן זאלסטו אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער כדי צו האבן כבוד פון זיי; עלטערן וואס פארלאנגען פון זייערע קינדער צו זיין דוקא דער 'אויסגעצייכנסטער' פון כתה, דער 'בעסטער' פון כתה, אדער דער 'געלונגענסטער' - אלעס פאר כבוד, וועלן זייערע קינדער ביים סוף אלעס אפלאזן אדער משוגע ווערן. שלמה המלך זאגט (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ", נישט ארויף לייגן צו סאך אויף זיי, נאר לויט זייער וועג וכו'.


עס איז א גרויס רחמנות אויף מענטשן וואס לעבן פאר א צווייטן און זייער גאנצער מח מחשבה איז שטענדיג פארנומען צו טראכטן: 'וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר?' 'וואס וועט דער זאגן אויף מיר?' ווייל באמת דארף א מענטש זיין ביי זיך אזוי שטארק מיט אמונה, אז עס זאל אים נישט אינטערעסירן וואס א צווייטער זאגט און טראכט אויף אים.


אזוי איז אויך לגבי די קינדער; מען דארף מחנך זיין קינדער צו דאווענען און לערנען ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן, נישט פאר מענטשן - אז מענטשן זאלן זען ווי מיר האבן די בעסטע קינדער וכו'; אך און וויי איז אויב מען איז מחנך קינדער פאר גאוה און כבוד, ווייל ווען די קינדער וואקסן אויף לאזן זיי אלעס אפ, שפירנדיג אז דאס איז פאלש און מען טוט אלעס נאר כדי צו געפעלן פאר א צווייטן.


מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה: מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל און פארלאזט דערביי זידיגע טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע פשוט אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר, איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן, "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


דער הייליגער רבי האט אמאל דערציילט פאר זיין טאכטער אדל איבער א גרויסער מענטש וואס האט געדאווענט יארן לאנג מיט גרויס התלהבות פאר א קאץ; ער פלעגט דאווענען אין א צימער און ווען ער האט געהערט די גרודער פון א קאץ אינדרויסן האט ער געמיינט אז דאס קומט פון די חסידים וואס שטופן זיך ביים טיר צו קענען אריינקוקן זען ווי אזוי ער דאווענט, פלעגט ער זיך נאך מער איינוויקלען אין זיין טלית און דאווענען מיט התלהבות פאר די וואס קוקן אריין אין פענסטער, ביז דערווייל איז דער גרודער געקומען פון א קאץ... א שכן פלעגט אוועקשטעלן יעדן אינדערפרי א טעפל מילך און דער קאץ פלעגט ארום שפרינגען דארט אין חצר ביים טרינקען די מילך און פון דעם איז געקומען די רעש, קומט אויס אז די אלע יארן האט ער געדאווענט פאר א קאץ רחמנא לצלן.


ב. בנוגע וואס צו לערנען; לאז נישט אפ דיינע אלטע שיעורים, בלייב מיט דיינע חברותות און זע צו זאגן יעדן טאג תהילים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; פונקט ווי א מענטש נעמט מיט זיך מיט טרינקען וואו ער גייט, אז אויב ער וועט ווערן דורשטיג זאל ער האבן עפעס צו טרינקען, אזוי אויך דארף א מענטש זאגן יעדן טאג תהילים כדי צו געבן צו טרינקען פאר זיין נשמה.


ר' נתן פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים, אזוי ארום פלעגט ער ענדיגן דעם גאנצן ספר תהילים יעדע וואך, און אזוי פירן זיך תלמידי היכל הקודש - צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים; הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט דאס אראפ אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג.


ג. בנוגע וואס מען זאל זאגן פאר מענטשן וכו'; דו דארפסט פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואו ער דאווענט, און דו דארפסט בכלל נישט זיין פארנומען מיט מענטשן - וואס מענטשן וועלן טראכטן און וואס מען וועט זאגן; אז דיין זון איז נישט גרייט צו דאווענען מיט אן עולם זאלסטו אים אפלאזן, זאל ער דאווענען וואו ער איז באקוועם.


זע אז דיין זון זאל זיך ערהוילן און צוריק קומען צו זיינע כוחות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקּוּן הַגּוּף, קֹדֶם תִּקּוּן הַנֶּפֶשׁ", קודם דארף דער גוף זיין געזונט און מסודר, נאכדעם זארגט מען אויפן נפש; מען דארף ערשט אכטונג געבן אויפן גוף, עס זאל זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, נאכדעם דארף מען אכטונג געבן אויפן נפש.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסער לאך אין די נשמה".


ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען, ווייל דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, דאן קומט ער צום מענטש ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, ער פארדרייט אים דעם קאפ ער זאל פאסטן און טון סגיפים וכו' וכו'; פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ווערט זייער אפגעשוואכט, ער בלייבט ליגן אין בעט אן כח, ער קען נישט נישט דאווענען און לערנען - אזוי האט ער געכאפט דעם מענטש.


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן צו דער זעט און שלאפן גענוג - וויפיל דער מענטש דארף; עס איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש וויפיל שעה ער דארף שלאפן ווייל יעדער מענטש איז אנדערש. און אז מען איז אויסגערוהט קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך קומען אין ישיבה געבן דרשות פאר די בחורים; פלעגט ער שטענדיג זאגן פאר די בחורים זיי זאלן עסן אסאך. א בחור דארף עסן צו דער זעט און נישט זיין פארנומען מיט סיגופים, נאר דער עיקר זאל מען אויסנוצן די צייט ריכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת פון אלע דיינע קינדער.

#17 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.

#16 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.