שאלה אין קורצן ענין
#208 - וואס איז וויכטיגער, נעמען געסט אדער מחנך זיין די קינדער?
חינוך הילדים, הכנסת אורחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אז מיין טאטע האט אלעמאל געהאט געסט ביי די שבת'דיגע סעודות, ער איז געווען זייער שטארק אין הכנסת אורחים, און איך פרוביר דאס אויך נאכצומאכן בעזר ה', און איך ווייס אז דאס איז זייער א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט זע איך אז ווען איך האב נישט קיין געסט דעמאלט זיץ איך נאר מיט מיינע קינדער, איך הער זיי אויס און איך זינג מיט זיי און איך פארברענג נאר מיט זיי, ווידער ווען ס'איז דא געסט ווערט די אויפמערקזאמקייט פארקירעוועט צו די געסט, און די קינדער לויפן ארויס שפילן.


וויל איך וויסן וואס איז ענדערש, די מצוה פון הכנסת אורחים, אדער ענדערש זיך מער אפצוגעבן מיט די קינדער?


יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה"; די מצוה פון נעמען געסט איז גרעסער פון קבלת פני השכינה; ווייל מיט דעם איז מען גורם אז נאך א איד זאל זיך אומקערן צו מקבל זיין פני השכינה. ווען מען נעמט א גאסט און מען רעדט מיט אים דיבורי התחזקות וועט נאך א איד זוכה זיין צו קבלת פני השכינה.


הכנסת אורחים איז נישט קיין סתירה מיט חינוך הבנים; פארקערט, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", דורך די מצוה פון הכנסת אורחים איז מען זוכה צו קינדער; ווען קינדער זעען ווי דער טאטע נעמט אריין געסט און געבט זיך אפ מיט זיי, גייט אריין אין זיי א ווארעמקייט צו טון מצות און צו עוסק זיין אין גמילת חסדים, אזוי ארום ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אויך עוסק זיין אין העלפן א צווייטן.


עס דארף נישט גיין אויף זייער חשבון; נעם דיינע קינדער (די קלענערע) נעבן דיר און די געסט זאלסטו זעצן נאך די קינדער. גיי איבער מיט זיי די סדרה וכו', דערצייל זיי א שיינע מעשה וכו' און זינג מיט זיי זמירות. דאס אז קינדער לויפן ארויס שפילן האט נישט צוטון מיט די זאך פון געסט, דאס איז די נאטור פון קינדער; זיי עסן אפ און לויפן שפילן, די ארבעט פון די עלטערן איז צו וויסן ווען זיי צוריק צו רופן און וויפיל זיי זאלן זיצן ביים טיש, יעדער איינער לויט זיין עלטער.


זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#207 - איז גענוג בלויז צו בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

 


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פאר א מאמע וואס איר בחור פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, אז אויב וויל מען אז די קינדער זאלן זיין וואויל און ערליך, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


איך וויל דאס פארשטיין, אויב איז דא זאכן מתקן צו זיין אין שטוב, איז גענוג צו זאגן אז מ'וועט בעטן דעם אייבערשטן און מיט דעם איז מען שוין יוצא? איז דען דאס גענוג?


אז די קינדער דארפן זיין מער צניעות'דיג, אז מיין זון וויל קויפן א סמארטפאון, אדער סיי וועלכע פראבלעם ס'מאכט זיך אין א שטוב, איז גענוג בלויז צו בעטן דעם אייבערשטן? אדער איז די אחריות פונעם מאן און טאטע צו זיכער מאכן אז עס ווערט טאקע אויסגעפירט למעשה, צו שטיין אויף דעם און זיך קריגן מיט זיי, ביז זיי פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין.


ס'זעט מיר אויס לעכערליך צו זאגן אז מ'דארף בלויז בעטן דעם אייבערשטן און גארנישט מער.


יישר כח


 


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער בריוו וואס דו האסט געליינט איז אדרעסירט צו עלטערן וואס זייערע קינדער הערן שוין נישט אויס וואס מען זאגט זיי; ווען מען האט דערוואקסענע קינדער וואס זענען נעבעך פארקראכן השם ישמרינו, זיי ווילן שוין נישט הערן וואס מען רעדט צו זיי - דעמאלט איז נישט שייך צו געבן מוסר, ווייל מיט'ן רעדן מאכט מען נאר ערגער. אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עיין יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה לּוֹמַר דָּבָר הַנִּשְׁמַע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן מוסר ווען מען נעמט אן וואס מען זאגט, "כַּךְ מִצְוָה שֶׁלֹא לּוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמַע", אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן ווען מען ווייסט אז מען וועט דאס נישט אננעמען.


אודאי דארף מען זאגן פאר קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; וואויל איז פאר די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - ווען זיי הערן נאך אויס וואס מען זאגט זיי, די וועלן שניידן שיינע פירות. קינדער דארף מען מחנך זיין ווען זיי זענען יונג, אך און וויי אז מען איז נישט מחנך קינדער, זיי וועלן ארויסגיין לתרבות רעה.


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", ווער עס איז נישט מחנך די קינדער האט פיינט זיינע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווידער דער וואס איז מחנך די קינדער ווייזט דאס אז ער האט ליב זיינע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיינע קינדער וועלן זיי אראפגיין פון אידישן וועג, אזוי ווי מיר זעהן ביי אברהם אבינו; ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס האט ער אים גארנישט געזאגט, ער האט אים געשוינט; ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב כדי ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; יצחק אבינו האט ליב געהאט עשו און אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה; זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג וועט ער חרטה האבן שפעטער.


ליין איבער די שאלה מיט די תשובה וועסטו זען אז מען רעדט פון א בחור וואס גייט אויף זיין אייגענע וועג, ער הערט ליידער נישט צו צו זיינע עלטערן, אין אזא פאל איז נישט שייך צו זאגן מוסר, ביי דעם פאל זאגט שלמה המלך (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ", זאג אים נישט קיין מוסר, "פֶּן יִשְׂנָאֶךָּ", ווייל דו וועסט נאר ערגער מאכן.


אין יעדן פאל דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין מיט די קינדער; אפילו מען זעט ווי די קינדער פאלן אוועק דארף מען ווייטער מתפלל זיין אויף זיי, ווייל תפילה איז שטערקער פון אלצדינג. אפילו עס זעט נישט אויס ווי מען קען נאך עפעס ערווארטן, אבער אויב מען איז שטארק מיט תפילה והתבודדות איז מען זוכה ביים סוף צו גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#206 - וואס טוט מען ווען די ווייב הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א הארציגן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א בלאזט אריין אין מיר, ספעציעל די חיזוק יומי וואס איך באקום טעגליך, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב באקומען א ווייב וואס הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער. נישט סתם זי שרייט אויף זיי, נאר זי קלאפט זיי זייער שטארק אראפ, צום ביישפיל "ביסט stupid, ביסט slow, ביסט silly, ביסט א בעיבי, און אזוי ווייטער אזעלכע סארט לשונות, און נאך ערגערע, שרייט זי אויף זיי כסדר.


איך בין בטבע זייער א סענסיטיווער מענטש, און יעדעס מאל איך הער ווי אזוי זי קלאפט זיי אראפ מיט אלע סארט שלעכטע ווערטער, שפיר איך ממש צו וויינען, עס טוט מיר זייער שטארק וויי, איך האלט ממש נישט אויס פאר זיי. ווי אזוי וועלן זיי קענען אויפוואקסן געזונט, ווען די מאמע קלאפט זיי אזוי אראפ א גאנצן טאג?


ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? און ווי אזוי איך האבן שלום בית מיט איר? ס'איז ממש דאס גיהנום אליין.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס זי שרייט און זידלט די קינדער - קומט נישט פון שלעכטיגקייט; זי טוט דאס ווייל אזוי האט מען איר מחנך געווען. מען האט אויף איר געשריגן טאג און נאכט די סארט ווערטער דערפאר זאגט זי דאס איבער פאר אירע קינדער, מיינענדיג אז דאס איז די וועג פון חינוך הבנים, ווען באמת איז דאס א גרויסע סכנה פאר די קינדער.


מאך זיך א שיעור מיט דיין ווייב אין די נייע אידישע קונטרסים: "געדולד צו קינדער"  און "אידיש נחת"; דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אויף א גוטע וועג, דאס הארבקייט פון טשעפען קינדער מיט נישט שיינע ווערטער און וואס עס פאסירט ווען מען טשעפעט זיי מיט מיאוס'ע ווערטער, זיי לויפן נאכדעם אוועק פון שטוב און זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט די עלטערן וכו'.


ווען זי וועט לערנען די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים, זי וועט וויסן אז דאס איז נישט די וועג, וועט זי שוין מער נישט שרייען אויף די קינדער די אלע ווערטער.


זיי דן דיין ווייב לכף זכות און קוק אויף איר מיט א גוטע אויג; זי איז נישט שולדיג, ווייל מען האט אויף איר געשריגן די אלע ווערטער אין אירע קינדער יארן און זי מיינט אז דאס איז די וועג פון חינוך. קוק נישט אויף איר מיט רציחה; ווען דו וואלסט געהאט דעם עבר וואס זי איז אריבער וואלסטו געווען אסאך ערגער, דו וואלסט שוין לאנג אפגעלאזט וכו'. אז דו וועסט קוקן גוט אויף איר, דו וועסט קוקן אויף איר מיט רחמנות אויגן וועט זיך אלעס טוישן לטובה.


אויב דו ווילסט באמת די טובה פון דיינע קינדער זאלסטו לעבן בשלום מיט דיין ווייב; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער ווי דאס לעבן בשלום און מיט ליבשאפט מיט דיין ווייב. קינדער זענען גאר גוטע מבינים, זיי ווייסן און שפירן ווען די עלטערן זענען בשלום און ווען מען איז ברוגז, ווען זיי שפירן ווי די עלטערן זענען נישט בשלום טוט זיי דאס זייער וויי, ווער רעדט נאך אויב זיי זעען מיט זייער אויגן ווי מען קריגט זיך, דאס ברענגט אריין אין זיי גרויסע פחדים און זיי וואקסן אויף פעלערדיג.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליינס, גוטע קינדער באקומט מען לויט וויפיל מען בעט און מען וויינט צום אייבערשטן. אפילו דיינע קינדער זענען נאך גאר קליין זאלסטו בעטן דעם באשעפער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג היינטיגע צייטן ווי מען זעט נעבעך קינדער פון די שענסטע שטובער גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, און די איינציגסטע עצה אויף דעם איז צו בעטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#205 - מיין בחור איז אוועק געפאלן, זאל איך לערנען מיט אים?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א זון א בחור וואס איז ליידער אוועקגעפאלן פון דרך הישר, איך האב אבער א שיעור צו לערנען מיט אים בחברותא. לעצטנס האט מיר אבער א געוויסער מחנך געזאגט אז איך זאל נישט לערנען מיט אים קיין שיעור, ווייל דאס געבט אים א תירוץ אויף זיינע מעשים, ווייל ער קלאפט זיך אין רוקן אז לערנט שוין, און מער דארף ער גארנישט טון, ער דארף שוין נישט זיין ערליך.


איך פארשטיי אבער אז ס'איז יא גוט ער זאל כאטש לערנען עפעס א שיעור אין משניות און גמרא, ווייל די תורה וועט אים צום סוף רייניגן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער נישט אויס דעם אזוי גערופענעם מחנך וואס רעדט צו דיר אנטקעגן די תורה וואס הייסט יעדע טאטע לערנען מיט זיינע קינדער; אז דיין זון וויל לערנען מיט דיר זאלסטו אודאי ווייטער לערנען מיט אים ביז די ליכטיגקייט פון די תורה וועט אים צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער עיקר זאלסטו זוכן אין אים גוטע נקודות; ער האט זיכער גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה כו:) אז אפילו פשעי ישראל זענען אנגעפולט מיט מצות; אז דו וועסט טרעפן אין אים גוטע נקודות וועסטו אים אינגאנצן צוריק ברענגען צו אידישקייט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב): אז אפילו א מענטש וואס איז א רשע גמור רחמנא לצלן, אויב קוקט מען אויף אים מיט א גוט אויג און מען זוכט אין אים גוטע זאכן, אפילו מען זאל טרעפן אין אים בלויז איין פינטעלע גוטס, העלפט מען אים מיט דעם אז ער זאל ארויס גיין פון זיין שלעכטס און ער ווערט אויס רשע, ער ווערט א צדיק. דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים לז, י): "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע, וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", אז מען טרעפט 'וְעוֹד מְעַט' - א קליינע גוטע זאך, וואס אין דעם איז ער וְאֵין רָשָׁע, דאס הייסט אז מיט די זאך איז ער גוט, 'וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ' – נאכדעם ווען איך קוק אויף אים, זע איך 'וְאֵינֶנּוּ' – נישט דא מער דאס שלעכטס, ער איז נישט דער זעלבער מענטש פון פריער, ער איז געווארן א צדיק.


רבי נתן זכרונו לברכה איז אמאל געפארן אויפן וועג מיט זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, דורכאויס דעם וועג האט רבי נתן גע'חזר'ט די תורה פון אזמרה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) און רבי נחמן טולטשינער האט דאס נאכגעברומט, האט רבי זיך אנגערופן פאר רבי נחמן טולטשינער: "נחמן! לאך נישט; גלייב מיר, ווען מיר וואלטן געפאלגט דעם רבי'ן און געקוקט גוט אויף יעדן איינעם, וואלטן מיר געקענט מחזיר בתשובה זיין די גאנצע וועלט".


אז דו וועסט אים ליב האבן וועט ער דאס שפירן און עס וועט אים צוריק ברענגען צו די אידישע וועג; עס איז נישט גרינג פאר א טאטע צו קוקן גוט אויפן קינד ווען דער קינד טוט עבירות רחמנא לצלן, אבער אז מען נייגט זיך און מען פרובירט מיט אלע כוחות צו זען דאס גוטס אינעם קינד, שפירט דאס דער קינד און עס העלפט אים צוריק צו קומען.


זיי ממשיך ווייטער צו לערנען מיט דיין זון, און אויך זאלסטו מקפיד זיין צו שמועסן מיט אים יעדן טאג אפילו סתם זאכן, נייעס וכדומה. און בעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן מיט הייסע טרערן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אויף אלע אידישע קינדער וואס פירן זיך נישט לויט די תורה, וועסטו אים צוריק ברענגען למוטב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#204 - פון וועלכע עלטער טארן אינגלעך נישט שפילן מיט מיידלעך?
חינוך הילדים, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אין א קאנטרי אין די זומער, און איך וויל וויסן וואס איז דער גדר פון וועלכע עלטער טארן נישט שפילן אינגלעך און מיידלעך צוזאמען? און אויך אויב מ'מוז זיין שטרענג צו די קינדער דערביי, אדער קען מען פרובירן אביסל און דאס איבריגע פארקוקן?


איך ווייס אז ס'איז וויכטיג אז די אינגלעך און מיידלעך זאלן זיין אפגעטיילט און שפילן באזונדער, אבער קוים וואס מ'שלאפט אביסל, און ווען מ'שטייט אויף און מ'קוקט ארויס פון פענסטער זעט מען שוין די קינדער שפילן צוזאמען, וויפיל איז די שיעור צו זאגן פאר קינדער?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לייגסט אריין קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין דיינע קינדער, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זען שיינע פירות.


חינוך איז דער יסוד היסודות ביי אידישע קינדער; אז מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג קען מען זיי חס ושלום פארלירן. ווי יונגער מען איז מחנך די קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן איידל וועט מען האבן נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג.


מען דארף אויסלערנען אינגלעך פון ווען זיי ווערן שוין אביסל עלטער - ביי די פינף זעקס יאר, אז זיי זאלן זיך שפילן מיט אינגלעך, און די מיידלעך – זיי זאלן זיך שפילן מיט מיידלעך. מען דארף זיי נישט נאכלויפן א גאנצן טאג וכו'; אז מען זאגט דאס אויף א שכל'דיגע וועג גייט דאס אריין אין די אויערן פון די קינדער און זיי פאלגן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "ווען מען רעדט שיינע ווערטער, מען רעדט מיט שכל - דעמאלט ווערן די ווערטער אנגענומען"; זאג פאר דיין זון כסדר שיינערהייט מיט א שמייכל: "דו ביסט שוין א גרויס אינגל, שפיל מיט אינגלעך ווייל גרויסע אינגלעך שפילן נאר מיט אינגלעך, נאר קליינע אינגלעך שפילן מיט מיידלעך"; ווען מען זאגט דאס שיינערהייט גייט דאס צוביסלעך אריין אין זיי.


מיט אלע עצות און מיט אלע חכמות דארף מען אסאך וויינען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" פלעגט ער ענטפערן: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#203 - ווי אזוי ווער איך פטור פון מיין סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל יישר כח פאר די שיינע שיעורים, ס'געבט מיר חיזוק אויף א גאנצן טאג.


איך בין א אינגערמאן, עטליכע יאר נאך די חתונה ב"ה, מיט עטליכע זיסע קינדערלעך ב"ה. לעצטנס האב איך געקויפט א סמארפאון, עס איז געפילטערט און איך נוץ נאר אין שטוב, און אויך מיין ווייב האט ליב זיך צו שפילן דערמיט צו קוקן נייעס, און איך האב עס אויך גענוצט נאר פאר דעם צו קוקן נייעס.


דערנאך האב איך אבער געטראפן א וועג ווי אזוי אויסצוקרויזן דעם פילטער, און אנגעקומען צו די ערגסטע שמוציגע מאוויס, און איך פאל ליידער אסאך דורך. איך ווייס אז איר גייט מיר זאגן איך זאל אוועקווארפן דעם פאון, אבער קודם איז עס נישט גרינג צו טון סתם אזוי, און צווייטנס ווייס איך נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב, פארוואס וויל איך עס אוועקווארפן? זאל איך דערציילן אז ווען זי איז נישט אין שטוב נוץ איך עס פאר די ערגסטע, און עס ברענגט מיר צו פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן?! זי ווייסט דאך אז עס איז געפילטערט.


און דאס ערגסטע איז אז איך שפיר אז עס נעמט אוועק פון מיר די ליבשאפט צו מיין ווייב. ביטע ראטעוועט מיר!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א ביטערע צרה וואס רופט זיך "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך מענטשן. זייער אסאך זענען אינגאנצן אוועקגעפאלן פון דרך התורה דורך די צרה און אסאך אידישע שטובער זענען צעפאלן פון דעם, ווייל ווי נאר מען היט זיך נישט די אויגן, מען איז מטמא די אויגן - ברענגט דאס אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות.


אז מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען די אמונה, מען הייבט אן האבן קשיות אויף די אמונה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט:): "שִׁמְשׁוֹן הָלַךְ אַחַר עֵינָיו", שמשון האט זיך נישט געהיטן די אויגן, "לְפִיכָךְ נִקְּרוּ פְּלִשְׁתִּים אֶת עֵינָיו", דערפאר האבן די אראבער אויסגעשטאכן זיי אויגן; ווען מען היט זיך נישט די אויגן ווערן די אויגן אויסגעשטאכן פון די קליפות. זיי פארשטעלן דעם אלוקות און מען זעט נישט מער קיין געטליכקייט, עס ווערט טינקל אין די אויגן און מען פארלירט די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


זיי מיר מוחל, איך פארשטיי נישט דיין פראגע; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון מיט דיין טעלעפאן וואס איז אפן צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו? וואס איז דיין פראגע בכלל?! דו אליינס שרייבסט דאך אז זייט דו קוקסט עבירות שאדט דאס צו דיין שלום בית, עס נעמט אוועק פון די ריינקייט אין שטוב. דיין קאפ ליגט נעבעך אין עפעס אנדערש רחמנא לצלן, דעמאלט וואס איז בכלל דיין שאלה? פארוואס זאלסטו האלטן אין טאש א זאך וואס מאכט קאליע דיין אייביגע לעבן, דיין שלום בית, דיין פרנסה וכו'? אז דו וועסט ווייטער קוקן עבירות וועסטו אלעס פארלירן, דו וועסט זיך גט'ן און בלייבן אן גארנישט.


מיר דארפן וויינען און קלאגן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל קוקן וואו מען ליגט און וואס מען קוקט רחמנא לצלן. יעדע נאכט ביי חצות וויינען מיר אויפ'ן חורבן (איכה א, טז): "עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה", אויף דעם וויין איך רבונו של עולם, "עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם", אויף מיינע אויגן וואס איך היט נישט; איך קוק עבירות, וואס דאס איז גורם: "כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי", אז איך זאל זיך דערווייטערן פונעם צדיק וואס ער איז: "מֵשִׁיב נַפְשִׁי", און איך פאל אראפ אין פגם הברית. "הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים", איך זינדיג בהוצאת זרע לבטלה, "כִּי גָבַר אוֹיֵב", ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר; אלעס צוליב: "עֵינִי עֵינִי", אז מיינע אויגן זענען נישט ריין.


ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן דאס געהאט אין זייער דור וואלטן זיי דאס נישט אויסגעהאלטן; דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער האט ער היינט א גרינגע וועג, מען שאפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה און מען דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ. מען זיצט ביי זיך באהאלטן און מען קוקט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן - אזוי ווי דו שרייבסט, השם ישמרינו. אין אנהייב זעט עס אויס זייער גוט, עס ציט זייער שטארק, עס גלאנצט און עס שמייכלט צום מענטש, אבער ווען מען בייסט אריין אין דעם, מען קוקט עבירות, ווערט מען זייער צעקלאפט און צעבראכן, ווייל פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה מאכט דעם מענטש דעפרעסט און מרה שחורה'דיג.


ווארף אוועק דיין טעלעפאן ווי פריער; וואס מיינסטו, דיין ווייב איז טאקע אזא נאר? דו מיינסט אז זי ווייסט נישט וואס דו קוקסט? זי ווייסט זייער גוט ווער דו ביסט, זי שפילט מיט דיר א שפיל, זי שטעלט א פנים ווי זי ווייסט גארנישט, ווען באמת ווייסט זי גאר גוט ווער דו ביסט; עס איז נישט דא קיינער וואס קען דעם מענטש אזוי גוט ווי די אייגענע ווייב.


הדבר הראשון זאלסטו עס ארויס ווארפן פון שטוב, ברענג נישט אריין קיין כלי שופכין אין שטוב. נאכדעם צווייטנס, זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס עצות. נעם א משניות און א גמרא הייב אן לערנען אין שטוב ביינאכט אויפן קול פרקים משניות און דפים גמרא, גמרא האט א כח אז עס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


זאג פאר דיין ווייב אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער, דעריבער האסטו אפגעמאכט אז דו ברענגסט מער נישט אריין א סמארטפאון אין שטוב; דו האסט זיך בארעכנט צו פאלגן וואס די רבנים זאגן.


מיין נישט אז דו וועסט נישט האבן ווייטער די נסיון; עס גייט נישט אזוי גרינג זיך ארויס צו רייסן פון דעם, בפרט ווען מען האט שוין געקוקט און געזען וכו', וכו' - שפירט מען כסדר ווי מען וויל צוריק לויפן צו דעם, זאלסטו זיין שטארק אין לימוד התורה וועט דיר דאס היטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרַע וּבָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט מען תורה פאלט מען נישט אריין אין זיינע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#202 - וואס האט דער רבי געהאלטן וועגן פארברענגן מיט די קינדער?
חינוך הילדים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן א ביאור אויף דעם וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן, מְסֻגָּל יוֹתֵר לְבָנִים שֶׁיִּתְקַיְּמוּ אֶצְלוֹ לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, דְּהַיְנוּ לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם הַרְבֵּה וּלְשַׁעְשֵׁעַ אִתָּם בְּכָל פַּעַם. רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם, רַק מַה שֶּׁצְּרִיכִים לְחַנְּכָם בַּעֲבוֹדַת ה' כְּשֶׁמַּתְחִילִין לְהִתְגַּדֵּל, אֲבָל לֹא לְהִשְׁתַּעְשֵׁעַ בָּהֶם הַרְבֵּה". אז ס'איז בעסער פאר די קינדער נישט צו זיין צו נאנט צו זיי, נישט צופיל פארברענגען מיט זיי, נאר ענדערש נישט קוקן אויף זיי, נאר זיי מחנך זיין צו עבודת ה' ווען זיי הויבן אן אונטער צו וואקסן.


היינט רעדט מען אזויפיל ווי שטארק מ'דארף אוועקגעבן אסאך צייט פאר די קינדער, זיי אויסהערן און זיי געבן אסאך אויפמערקזאמקייט און אזוי ווייטער. ווי אזוי שטימט דאס מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב געטראפן א תשובה פאר דיין שאלה אין ספר הקדוש אשר בנחל (אידיש חלק ב, מכתב רסט), וואו מוהרא"ש געבט צו פארשטיין דעם שיחה פון הייליגן רבי'ן, דא האסטו דעם בריוו געשריבן דורך מוהרא"ש אין אידיש:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ו' עֶרֶב שַׁבָּת קוֹדֶשׁ לְסֵדֶר מַסְעֵי, כ"ז תַּמוּז ה'תשע"א.


דָאס וָואס דוּ פְרֶעגְסְט וָואס מֵיינְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי מִיט דֶעם וָואס עֶר הָאט גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן נ"ט) מְסוּגָל יוֹתֵר לְבָּנִים, לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָבוּק בָּהֶם לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלַל; דָאס הֵייסְט עֶס אִיז זֵייעֶר מְסוּגָל פַאר קִינְדֶער אַז מֶען לֶעטְשְׁקֶעט זִיךְ נִישְׁט מִיט זֵיי אַזוֹי וְכוּ', אוּן מֶען שְׁפִּילְט זִיךְ נִישְׁט מִיט זֵיי וְכוּ'.


אִיךְ מוּז דִיר זָאגְן, עֶס אִיז דָא אַ כְּלַל, אוּן עֶס אִיז דָא אַ יוֹצֵא מִן הַכְּלַל. אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי דַארְף מֶען קִינְדֶער מְקַרֵב זַיין, וּבִּפְרַט אוּן הַיינְטִיגֶע צַייטְן וָואס דִי גַאסְן זֶענֶען הֶפְקֵר, אוּן עֶס דְרֵייעֶן זִיךְ אַרוּם לֵיידִיג-גֵייעֶרְס, פִּיסְטֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי הָאבְּן אִין זִיךְ קַיין שׁוּם תּוֹכָן נִישְׁט, דַארְף דֶער טַאטֶע זֶען אָנְצוּבּוּנְדְן מִיט זַיין זוּן אַ פְּנִימִיוּת'דִיגֶער קֶשֶׁר וָואס דֶער קִינְד זָאל הָאבְּן צוּטְרוֹי צוּם טַאטְן, אוּן זָאל זִיךְ קֶענֶען מִיט אִים דוּרְכְשְׁמוּעֶסְן יֶעדֶע זַאךְ, דָאס הֵייסְט מִיט אַ קִינְד דַארְף מֶען רֶעדְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶער, אוּן דָאס הָאט אַ קִינְד לִיבּ, אַז מֶען בּוֹיעֶט אִים אוֹיף, אוּן מֶען בַּאנֶעמְט זִיךְ מִיט אִים אוּן מֶען פִירְט זִיךְ אוֹיף מִיט אִים פּוּנְקְט אַזוֹי וִוי מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶער, דָאס בּוֹיעֶט אוֹיף דֶעם קִינְד, אוּן עֶר וֶוערְט זֶעלְבְּסְשְׁטֶענְדִיג, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר הַצְלָחָה אִין זַיין צוּקוּנְפְטֶער לֶעבְּן, מַה שֶׁאֵין כֵּן וֶוען מֶען טְשַׁאטְשְׁקֶעט זִיךְ מִיטְ'ן קִינְד וְכוּ', אַזוֹי וִוי מִיט אַ בֶּעבִּי, אוּן מֶען קוּשְׁט אִים אַלְץ אוּן מֶען הַאלְזְט אִים אַלְץ, אוּן מֶען בַּאנֶעמְט זִיךְ מִיט אִים וִוי מִיט אַ קְלֵיין קִינְד, בְּלַייבְּט עֶר מִיט אַ קְלֵיינֶעם שֵׂכֶל.


אוּן דָאס אִיז דֶער כְּלַל, אַז מֶען דַארְף זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט קוּשְׁן אוּן הַאלְזְן דָאס קִינְד, אֲפִילוּ מֶען הָאט אִים לִיבּ, דָאס מֵיינְט נָאכְנִישְׁט צוּ זָאגְן אַז מִיט אַ קוּשׁ אָדֶער מִיט אַ גְלֶעט הָאט מֶען אִים לִיבּ, אַדְרַבָּה מֶען מַאכְט אִים עֶר זָאל בְּלַייבְּן אַ בֶּעבִּי, אַ שֵׂכֶל פוּן אַ קְלֵיין קִינְד. דֶער יוֹצֵא מִן הַכְּלַל אִיז אַז מֶען דַארְף רֶעדְן מִיט אַ קִינְד אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶעם אוּן אִים מַסְבִּיר זַיין יֶעדֶע זַאךְ אַזוֹי וִוי מֶען אִיז מַסְבִּיר אַ גְרוֹיסְן פַארְשְׁטֶענְדְלִיכְן מֶענְטְשׁ, אוּן דָאס בּוֹיעֶט אוֹיף דֶעם שֵׂכֶל פוּן קִינְד.


אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּן הָרַב הַחָסִיד ר' לֵוִי יִצְחָק בֶּנְדֶר זַ"ל וָואס עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן אוּנְזֶערֶע לַייט אִין אוּמַאן אוֹיף דִי שִׂיחָה דֶעם לָשׁוֹן, "מֶען קוּשְׁט נִישְׁט אוּן מֶען שְׁלָאגְט נִישְׁט" אַ קִינְד, אוּן עֶר הָאט עֶרְקְלֶערְט דֶעם מֵיינוּנְג פוּן דִי וֶוערְטֶער, דָאס אַז מֶען קוּשְׁט צוּפִיל אַ קִינְד וֶוערְט עֶר צֶעוִוילְדֶעוֶועט אוּן מֶען דַארְף אִים נָאכְדֶעם שְׁלָאגְן עֶר זָאל נִישְׁט זַיין אַזוֹי וִוילְד.


אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען לְכַתְּחִילָה נִישְׁט קוּשְׁן, וֶועט עֶר נִישְׁט זַיין וִוילְד, עֶר וֶועט הָאבְּן יִרְאָה אוּן פַּחַד פוּן טַאטְן, אוּן מֶען וֶועט אִים נִישְׁט דַארְפְן שְׁלָאגְן".


דא האסטו א קלארע הסבר פון מוהרא"ש ווי אזוי זיך צו פירן מיט קינדער.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו טרעפן תירוצים אויף אלע דיינע שאלות און ספיקות; עס וועט דיר קלאר ווערן א וועג פאר'ן לעבן אין יעדע הינזיכט, הן אין שלום בית און אזוי אויך אין חינוך הבנים והבנות, ווי אזוי אומצוגיין מיט עלטערן וכו' וכו'.


אויב עס איז דיר גרינגער צו פארשטיין אידיש זאלסטו לערנען אשר בנחל אין אידיש, מוהרא"ש האט געשריבן אכט הונדערט בריוו אין אידיש פאר די וואס פארשטייען נישט לשון הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#201 - פארוואס רעדט מען נישט אפן צו קינדער און בחורים?
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א וואוילער אינגערמאן, כאטש הייס איך אזוי, אבער אין הארץ שפיר איך אז איך בין חרוב אינגאנצן, מיין גאנצער מח איז פול מיט נארישע און שלעכטע געדאנקען כסדר. דאס קומט נאך פון אלס בחור וואס איך האב זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, און קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין חיזוק און געזאגט קלאר וואס מ'טאר נישט טון, ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן צו זיין ערליך ווי דער אייבערשטער וויל.


איך שפיר אז ווען איך זאל האבן איינעם אלס אינגל און בחור וואס זאל מיר זאגן פערזענליך וואס איך טאר נישט טון, און זאל מיר געבן חיזוק אויף דעם, וואלט איך נישט געטון קיין שלעכטע זאכן. איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס די מלמדים און מחנכים, מגידי שיעור און און ראשי ישיבות, רעדן נישט אפן צו די קינדער און בחורים זיי זאלן וויסן וואס זיי טארן נישט טון, דאס וואלט דאך געקענט פארמיידן אזויפיל צרות און עגמת נפש אין די שפעטערדיגע יארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויסע וואונדער אויף מלמדים און מחנכים פארוואס זיי גרייטן נישט אן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט צו זינקען אין פגם הברית רחמנא לצלן, בשעת וואס אלע צדיקים פון פריערדיגן דור, ובפרט הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האבן מזהיר געווען די מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים פון שמירת הברית.


עס זענען געווען געוויסע ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיט'ן טענה אז מען וועט רעדן צו די קינדער וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטראבן יונג"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער אויסגעפירט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".


עס ליגט א חוב אויף עלטערן זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן נישט אנרירן ביים ברית קודש, און זיכער זאלן זיי אכטונג געבן פון מניוולים אז זיי זאלן נישט טון מיט זיי מעשי תועבה; עס איז א ווייטאג צו הערן פון מענטשן ווי זיי מוטשען זיך אין זייער לעבן נאר ווייל זיי האבן נישט געוויסט ווי שעדליך דאס איז.


אויף דעם וואס דיין מח איז פול מיט שלעכטע מחשבות וכו'; טו דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי יעדן טאג אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, זאג אים וואס דו ביסט אריבער, דערצייל אים אלעס וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר און ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד; דורכדעם וועט ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות.


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; משניות האט א כח אויס צו וואשן דעם מענטש, עס ברענגט א נייע נשמה און א נייע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#200 - זאל איך לאזן מיין בחור דרייוון א מאטאר ביציקל?
שלום בית, חינוך הילדים, סכנה, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פיינער בחור, בערך 18 יאר אלט, ער לערנט אין ישיבה אבער ער דרייווט אויך אין זייטיגע צייטן. יעצט וויל ער זייער שטארק נעמען לייסענס אויך צו דרייוון א מאטאר-סייקל, מיין ווייב האט נישט קיין חשק דערצו, איך האלט אבער אז א בחור דארף זיך קענען אביסל אויסגעבן.


מיר ווילן וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט מיט דעם וואס זי וויל נישט אז דיין זון זאל פירן א מאטאר-סייקל, דאס איז א סכנה נוראה; מוהרא"ש איז געווען זייער אנטקעגן דרייוון א מאטאר-סייקל, וואס פעלט דיר אויס אריין צו לייגן דיין קינד אין סכנה'דיגע זאכן?!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא – גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אז דיין ווייב איז קליינטשיג בייג זיך אראפ צו איר אויסהערן וואס זי זאגט; אז דו וועסט צו הערן דיין ווייב וועסטו מצליח זיין און האבן נחת פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין בחור און אים חתונה מאכן וואס פריער און שעפן נחת פון אלע קינדער.

#199 - ווי אזוי מ'לערנט אויס קינדער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן?
חינוך הילדים, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'לערנט אויס קינדער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן, אין די צייט וואס פון נאטור אויס וועלן די קינדער זיך פארלאזן אויף זייערע עלטערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אזוי וואקסן זיי אויף; אז מען רעדט צו זיי אסאך פונעם אייבערשטן וועלן זיי אויפוואקסן מיט אמונה. קינדער וואס הערן טאג און נאכט פון די עלטערן און מחנכים: "דער אייבערשטער וועט העלפן", "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף", "בעט דעם אייבערשטן", "יישר כח אייבערשטער", - וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים.


קינדער כאפן זיך מער צו ווען מען רעדט צו זיי דיבורי אמונה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", אבער וויבאלד מען האט געזינדיגט איז די שכינה אוועק געגאנגען; וואס איז דאס 'שכינה'? ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאר א לבוש פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דאך מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, נאר ער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר; אזוי אויך ווייסט ער אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דאס מיינט 'השראת השכינה' - די שכינה רוט ביי אים. דעמאלט הייבט דער מענטש אן רעדן צום אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטער און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ מיט אים אזוי ווי ער וואלט גערעדט מיט זיין נאנטער חבר.


אבער ווען א מענטש זינדיגט רחמנא לצלן גייט אריין אין אים חכמות, שטותים און דמיונות, כאילו דער אייבערשטער האט איבער געלאזט די וועלט וכו'; מען איז צעבראכן און צעריסן און מען גייט ארום מיט קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן רחמנא לצלן. דעריבער קינדער וואס זענען נאך ריין טוען די מצוות מיט א מורא'דיגע אמת בתמימות ובפשיטות, צו זיי קען מען רעדן ריינע אמונה ווערטער אן קיין דריידלעך.


זאלסטו זען צו רעדן מיט דיינע קינדער מעשיות פון תפילה און מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי כסדר ווי אזוי דער אייבערשטער העלפט ווען מען דאוונט און מען בעט אים, זאלן זיי הערן ווי די הייליגע צדיקים האבן זוכה געווען צו ווערן אזוי הייליג און גרויס דורך רעדן אסאך צום אייבערשטן, דורכדעם וועט אין זיי אריין גיין א פייער פון קדושה.


קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, דאס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת השם יתברך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויף געפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו וועלן ווערן אן ערליכער איד, נאכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - איך וויל מחנך זיין מיינע קינדער, אבער איך פאל פון די כוחות
חינוך הילדים, רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חסידישע אידישע מאמע, און איך בין זיך מורא'דיג מחיה מיט די טעגליכע שיעורים און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין גאנצע לעבן צום גוטן.


איך וויל זייער אריינלייגן אין מיינע קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט, צניעות, און אמונה. הלואי וואלט איך זיי געקענט אריינלייגן אין די ברסלבע מוסדות, אבער דערווייל איז דאס נישט מעגליך, פרוביר איך כאטש איבערצוגעבן פאר זיי וויפיל איך קען, פון וואס איך הער און איך לערן פון די שיעורים.


דער פראבלעם איז אבער אז אסאך מאל פאל איך ממש פון די כוחות, איך שפיר זייער טרוקן און שוואך, און אסאך מאל בין איך אזוי אויסגעמוטשעט אז איך האב אפילו נישט קיין כח צו בעטן דעם אייבערשטן. ווען איך קען יא עפעס בעטן, בעט איך נאר אויף כח און געדולד. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה און הדרכה פאר מיר? אפשר עפעס א ספר אדער קונטרס וואס איך קען ליינען און דאס וועט מיר העלפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לייגט אריין אין אייערע קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט. די עיקר חינוך באקומען די קינדער פון די עלטערן; אז די עלטערן זענען מחנך די קינדער מיט ווארעמקייט און מיט ליבשאפט וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן.


איר דארפט זיך נישט צווינגען אריין צו לייגן די קינדער אין ברסלב; 'איר' זאלט זיין זייער 'ברסלב'ע מוסד', איר זאלט זיי געבן וואס די ברסלב'ע חדר און סקול געבט פאר די קינדער, איר זאלט רעדן צו זיי פון די שיינקייט און זיסקייט פון זיין א איד.


עלטערן דארפן אריין ברענגען אין די קינדער אז זיי זאלן וויסן דאס שיינקייט פון גיין איידל אנגעטון און דאס איבער געבן פאר זיי אויף א זיסע וועג, נישט אויף א וועג וואס די קינדער זאלן מיינען אז צניעות איז א קנס אדער א שטראף, און נאכדעם וועלן זיי זוכן וואו זיי קענען אנטלויפן פון די וועג פון די תורה און זיך אנטון נישט איידל חס ושלום.


איר בעט אן עצה איר זאלט האבן כח אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט; די עצה איז איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך. ווי מיר א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן באקומט ער מער כוחות אנצוגיין מיט'ן לעבן, ווי מער מען לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט באקומט מען הימלישע כוחות און מען קען אנציען זייער אסאך. פרובירט דאס אויס וועט איר זען וואונדער איבער וואונדער, אפילו איר וועט שפירן ווי איר פאלט פון די כוחות און איר קענט נישט מער אנגיין וכו' וכו', אבער אויב איר וועט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, איר וועט אים דאנקען און זאגן: "הייליגער באשפער, איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ! יישר כח פאר מיין זיסע לעבן, יישר כח פאר מיין הערליכע לעבן, יישר כח פאר מיינע זיסע קינדער, יישר כח פאר מיין מאן, יישר כח פאר אלעס", איר וועט אים לויבן בפרטי פרטיות אויף אלעס וואס ער געבט אייך, וועט איר שפירן ווי איר באקומט נייע כוחות.


פראבירט אויס דעם רבינ'ס וועג; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן אז א מענטש זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה) אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט גוטס אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט אז דוד המלך זאגט פאר'ן אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר' - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף די צרות, אז אפילו אין די צרה 'הִרְחַבְתָּ לִּי' - האסטו מיר ברייט געמאכט"; אזוי זאלט איר טון, איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און ווי מער איר וועט אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אייך וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן און עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער צו מגדל זיין אייערע קינדער בנקל ובנחת און זען פון זיי אסאך אידיש נחת.

#197 - וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט?
חינוך הילדים, סבלנות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיינע חיזוק בריוו און דרשות וואס איר געבט אונז, עס גיבט אונז אסאך עצות און הדרכה.


מיר ווילן זיך דורכשמועסן וויאזוי צו האנדלען מיט אונזער בחור, וואס איז יעצט אהיים געקומען פון ישיבה אין אויסלאנד, און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלען מיט אים. מיר וועלן אראפ לייגן בערך וויאזוי זיין טאג זעט אויס, און וואס עס געשעט דערפון. ער פארברענגט אין די נאכט אריין ביז גאר שפעט, און דערנאך שטייט ער אויף קוים אמאל כאפט ער שחרית צו חצות, און די גאנצע אטמאספער ווערט זייער אנגעצויגן, עס איז דא גאר אסאך ארבעט אין שטוב וואס ער קען ווען העלפן, אבער דא ליגט א בחור און שלאפט אין די טאג אריין, און עס מאכט די גאנצע אטמאספער געפערליך שווער, היינט האבן מיר אים געזאגט אז אויב עס וועט ווייטער אזוי אנגיין, וועט מען אים מוזן זוכן א הויז ביי א זיידע אדער א פעטער וואו ער וועט קענען שלאפן בין הזמנים, ווייל ביי אונז קען עס נישט ווייטער אזוי אנגיין.


מיר דארפן חיזוק וויאזוי און וואס מיר דארפן דא טון. און בכלל איז זיין אויפפירונג זייער אנטוישענד, ער פירט זיך צו אונז מיט געפערליכע חוצפה, ער שרייט צוריק, און טוט וואס אים געפעלט נאר, אן דעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט אונז. אין אלע זיינע פראבלעמען זענען אלע ארומיגע שולדיג, ער וועט קיינמאל נישט נעמען די שולד אויף זיך, און פרובירן צו פאררעכטן. בכלל איז ער זייער פארמאכט, מיר קענען זיך מיט אים נישט דורכרעדן, ווען מיר פרובירן צו דורכשמועסן מיט אים, וועט ער פשוט בלייבן שטיל, אדער נאך גאר זיך נעמען שרייען און באשולדיגן. מיר זענען פשוט באזארגט וויאזוי ער וועט קענען לעבן מיט א ווייב נאך די חתונה. וואס קענען מיר טון? אפשר קען אונז דער ראש ישיבה העלפן?


זיין טאטע און מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיר: "אין לעבן דארף מען האבן אסאך סבלנות, בפרט מיט קינדער"; מען דארף האבן אייזערנע נערוון מיט די קינדער נישט צו פארלירן די געדולד צו זיי. עס נעמט אסאך צייט ביז מען שניידט די פירות פון די קינדער, און אז מען האט סבלנות צו זיי שניידט מען שיינע פירות מען האט אסאך נחת פון זיי.


איך מוז דיר געבן אביסל מוסר כדאי דו זאלסט נישט פארלירן דיין בחור.


מיט אלע דיינע גערעכטע טענות וואס דו האסט אויף אים, דארפסטו וויסן אז מען רעדט מען נישט אזוי צו א קינד. אויב א קינד שטייט אויף שפעט זאגט מען אים נישט: "גיי זוך דיר א צווייטע פלאץ וואו צו שלאפן"; אז דיין בחור שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט טאר מען אים נישט סטראשען אז ער וועט דארפן זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן ווייל מען קען חס ושלום פארלירן דעם קינד; וואס טוסטו ווען ער זאגט דיר: "טאטע איך האב געטון וואס דו זאגסט, איך גיי אוועק פון שטוב"?! וואלסט דאס דאך נישט אויסגעהאלטן.


געב א קוק וואס טוט זיך אפ היינטיגע צייטן ביי די שענסטע שטובער, ווי קינדער לאזן אפ זייער משפחה. איך מיין אז די אנגעצויגענע לופט אין שטוב, די שווערע אטמעספער - קומט פון דיין צד. דו מאכסט די לופט אנגעצויגן, דו קוקסט אויף אים מיט א שלכעטע אויג - דאס מאכט אז ער זאל זיך נישט וועלן צושטעלן.


אודאי שלאפט ער ביז'ן טאג אריין; ער שפירט ווי מען איז נישט צופרידן פון אים און שפירט זיך איבעריג אין שטוב, נאכדעם איז ער צעבראכן און צעקלאפט אז ער שטייט אויף שפעט, וואס דאס אליינס מאכט אז ער זאל איבערדרייען וכו'.


יעצט איז נישט קיין צייט פון אנהייבן מחנך זיין; חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז קליין, דעמאלט דארף מען ארויסנעמען פונעם קינד זיינע שלעכטע נאטורן מיט וואס ער איז געבוירן, דעמאלט איז די צייט פון דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; אבער ווען קינדער ווערן עלטער און מען האט שוין א בחור אין שטוב דארף מען זען עס זאל זיין נאר ימין מקרבת אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מז.): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחָה וְיָמִין מְקַרֶבֶת"; מען דארף ווייזן ליבשאפט, אז נישט קיין מען זיי אינגאנצן פאלירן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר דו זאלסט טושן דיין צוגאנג אין שטוב מיט די קינדער; איך האב פשוט רחמנות אויף דיר און דיין ווייב און איך וויל נישט איר זאלט אים פארלירן השם ישמרינו. אז דו וועסט קוקן אויף אים גוט און ער וועט שפירן ווי טאטע מאמע האבן אים ליב און זענען צופרידן פון אים וועט ער אייך נאר ברענגען נחת.


ועל כולם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - וואס טוט מען ווען די קינדער פאלגן נישט?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טוט מען אז די קינדער ווילן נישט פאלגן די עלטערן? איר האט עפעס אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז 'קינדער זענען קינדער', און אז 'קינדער פאלגן נישט', און אונזער ארבעט איז זיי מחנך זיין.


עס איז נישט דיין פראבלעם אז דיינע קינדער פאלגן נישט און עס איז אויך נישט זייער פראבלעם אז זיי פאלגן נישט. אזוי איז דער דרך העולם; קינדער זענען ווילד, לעבדיג און נישט הערעוודיג. קינדער הערן נישט ווען מען רופט זיי - נישט ביי איין מאל און אויך נישט ביי צוויי מאל, די געזונטע נאטור פון קינדער איז נישט צו פאלגן וכו'.


יעצט נאכן הערן די הקדמה וועט דיר זיין אסאך גרינגער זיי מחנך צו זיין; דו וועסט נישט ווערן אויסער זיך און פארלוירן וכו' ווען דו וועסט זיי עפעס הייסן און זיי וועלן נישט הערן, נאר דו וועסט רעדן נאכאמאל און נאכמאמאל ביז זיי וועלן פאלגן.


נאך א זאך איז וויכטיג צו וויסן, אז ווען מען זאגט פאר קינדער 'ניין' וכדומה, טאר מען זיך נישט שפירן שולדיג ווען מען זעט ווי זיי הייבן אן בלאזן און מאכן א ברוגז פנים וכו'. אויב מען לויפט צו די קינדער און מען הייבט זיי אן פארגיטיגן - דאס מאכט אז זיי זאלן מזלזל זיין אין די עלטערן ווייל א ווארט פון טאטע מאמע ווערט גרינג געשעצט. נאר קינדער דארפן וויסן אז אויב די עלטערן האבן מחליט געווען צו זאגן 'ניין'; 'קענסט נישט גיין דארט'; 'מיר קויפן דאס נישט'; וכדומה, דארף מען זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו האבן א שולד געפיל [גילטי קאנטשעס] און צוריק צוען.


ועל כולם דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערציען ערליכע דורות; מען טאר נישט אויסלאזן אפילו איין טאג פון בעטן און בעטן פאר ערליכע און געזונטע קינדער, ווייל תפילה איז די שטערקסטע זאך אויף דער וועלט, בפרט תפילות פון עלטערן אויף די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצוציען אונזערע קינדער על דרך התורה והיראה.

#195 - זאל א טאטע לערנען מיט זיינע בחורים?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס צו טון וועגן לערנען מיט מיינע בחורים. איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור האב איך זייער נישט ליב געהאט ווען מיין טאטע האט געלערנט מיט מיר, אפילו ער איז אן עכטער נארמאלער מענטש וואס וויל באמת נאר די טובה פון די קינדער, אבער איך האב פשוט נישט הנאה געהאט צו לערנען מיט אים, דעריבער וויל איך וויסן אויב איך מוז טאקע לערנען מיט מיינע בחורים, אדער זאל איך זיי לאזן אליין אויפוואקסן.


איך רעד דוקא פון בחורים, ווייל איך פארשטיי אז מיר קינדער פעלט יא אויס צו לערנען.


יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר די הערליכע בריוו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז חינוך איז זייער א שווערע עבודה, בפרט אין אונזער דור ווען די וועלט איז ברייט אפן וכו'.


אויב דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו נעמען דעם כלל: "מען דארף קודם זיך אליינס מחנך זיין"; ווייז פאר דיינע קינדער א לעבעדיגע ביישפיל אינעם טאג טעגליכן לעבן. צום ביישפיל, זאלסט קיינמאל נישט שרייען אין שטוב וכו' און זיכער נישט שרייען קיין ניבול פה - נישט דו אויף דיין ווייב און נישט דיין ווייב אויף דיר, כדי דיינע קינדער זאלן זען ווי דו פירסט זיך מיט דיין ווייב מיט דרך ארץ. זע אז עס זאל זיין שטענדיג פרייליך און שטוב; עס זאל נישט זיין קיין שום עצבות און כעס אין שטוב וכו' - דאס איז די בעסטע חינוך וואס מען קען געבן פאר די קינדער. ווייל קינדער מאכן נאך זייער עלטערן, וואס זיי זעען ביי די טאטע און מאמע וועלן זיי נאך טון, און וואס זיי הערן רעדן אין שטוב רעדן זיי נאכדעם אויפן גאס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵּיהּ", וואס א קינד רעדט - האט ער געהערט אדער פון זיין טאטע אדער פון זיין מאמע; דאס איז דער ערשטער כלל אין חינוך: צו זיין א לעבעדיגע ביישפיל, ווייזן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך אז מען וויל דער קינד זאל לערנען דארף דער טאטע לערנען וועט דער קינד שוין במילא לערנען.


בנוגע דיין פראגע צי דו זאלסט לערנען בחברותא מיט דיינע בחורים; עס איז שווער צו ענטפערן אויף דעם באופן כללי ווייל יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך. עס זענען דא קינדער וואס האבן ליב צו לערנען מיט'ן טאטע'ן, זיי ווילן אלץ לערנען נאך שיעורים, ווידעראום זענען דא קינדער וואס וועלן זיך ענדערש ארויסדרייען וכו', עס ווענדט זיך אין זייער נאטור, אבער דאס איז זיכער אז אויב דו ווילסט דיין קינד זאל לערנען זאלסטו אליינס לערנען וועט ער אויך לערנען.


צווייטנס דארף מען וויסן, אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביים קינד דארף מען דאס אים אריין ברענגען מיט א געשמאק און פרייליכקייט, מיט כח קען מען נישט ארויפלייגן אויף זיי ווייל דאס מאכט אז שפעטער זאלן זיי דאס פיינט האבן וכו', דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען נישט צו באצווינגען א קינד.


אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן און במשך דעם גאנצן וועג האט ער גע'חזר'ט מיט זיין קינד: "אויב דער רבי וועט דיר מכבד זיין מיט טרינקען זאלסטו זאגן סברי מרנן וכו'" א גאנצע וועג האט ער אים געלייגט לחץ און געזאגט: "געדענק'זשע!! געדענק'זשע!!" ווען זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי האט געגעבן פאר'ן קינד דעם בעכער, האט דאס קינד – אנשטאט זאגן סברי מרנן - אנגעהויבן "געדענק'זשע!!"...


האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר דעם טאטע'ן די שיחה (חיי מוהר"ן סימן תלב): "מַּה שֶּׁהַמְלַמְּדִים דּוֹחֲקִים אֶת הַתִּינוֹק בְּיוֹתֵר, עַל יְדֵי זֶה אֵינוֹ יוֹדֵעַ הַתִּינוֹק כְּלָל", דאס וואס מען דרוקט אויפן קינד, דורך דעם ווייסט דער קינד גארנישט, "רַק צְרִיכִין לִהְיוֹת אָמָּן גָּדוֹל בָּזֶה לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק בְּהַדְרָגָה בְּלִי אִיּוּם הַרְבֵּה, וּבְלִי דֹּחַק יוֹתֵר וכו', וְעַל יְדֵי זֶה יִתְפֹּס יוֹתֵר בְּנָקֵל", מען דארף זיין א חכם צו וויסן ווי אזוי מען לערנט מיטן קינד שטייטליך, צוביסליך, אן לייגן אויפן קינד א פחד און אן לייגן דרוק, אזוי וועט ער עס בעסער פארשטיין. דער רבי האט אים געזאגט: "ווען דו וואלסט ווען גע'חזר'ט מיט דיין זון אביסל ווייניגער מאל און אן קיין דרוק וואלט ער געקענט זאגן דעם 'סברי מרנן', נאר פון אזויפיל מאל איבער זאגן 'גִּידֶענְק'זֶע', 'גִּידֶענְק'זֶע', גִּידֶענְק'זֶע', פון גרויס פחד געדענקט ער נאר דאס ווארט 'גִּידֶענְק'זֶע'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#194 - ווי אזוי קען א פרוי אפוואשן די נשמה פון שמוציגע פלעקן?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש טוט עבירות, אפילו ער טוט תשובה, בלייבט נאך איבער שלעכטע זאכן אין אים פון די עבירות, אזוי ווי ווען א מענטש הערט אויף רויכערען, בלייבט נאך איבער די סימנים אויף זיינע לונגען. און דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט געזאגט אז די איינציגסטע עצה צו רייניגן די נשמה אינגאנצן איז נאר דורכ'ן לערנען תורה.


איז מיין שאלה וואס קען א פרוי טון אפצואוואשן די פלעקן פון די נשמה? א פרוי לערנט דאך נישט קיין תורה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט.


ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים. זיי מיר מוחל אויף ... וואס איך האב געטון; איך זאג דיר צו אז איך גיי עס מער נישט טון. איך האב עס נישט געטון פון מיין אייגענע ווילן, נאר איך האב אזא גרויסער יצר הרע וואס ברענט אין מיר, און ווארפט מיר אראפ אין עקלדיגע מעשים. טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט נאכלויפן קיין שלעכטע מעשים", איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


אזוי זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; איר זאלט אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז עס רעדט זיך בעסער אין אידיש זאל מען רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אז עס רעדט זיך בעסער אין ענגליש זאל מען רעדן אין ענגליש - יעדער איינער אויף זיין שפראך, איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס.


ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, און איינמאל אז מען האט אמונה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה, ווייל א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, וואס איז יא שייך ביי פרויען? אויפציען ערליכע דורות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר; א פרוי וואס ציט אויף אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים איז דאס אזוי ווי זי אליינס לערנט און דאס איז איר זכות.


דערפאר, אז איר ווילט פאררעכטן אייערע מעשים, זאלט איר מחנך זיין אייערע קינדער לתורה ולמעשים טובים.

#193 - זאל איך מיטנעמען מיינע קינדער אויף אומאן, טראץ די נסיונות פון שמירת עינים אויפ'ן וועג?
אומאן, חינוך הילדים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען אויף אייערע הערליכע שיעורים וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין מיין לעבן, הקב"ה ישלם שכרכם בכפלי כפלים.


איך פאר שוין אסאך יארן אויף אומאן ראש השנה ב"ה, אבער איך האב קיינמאל נישט מיטגענומען קיין קינדער. איך הער אבער ביי די שיעורים אז ס'איז יא וויכטיג מיטצונעמען די קינדער אהין. מיין שאלה איז, אזוי ווי מיין שטוב ווערט געפירט אויף א פרומען אופן, הן בנוגע זיין אפגעשיידט פון אלע סארט מאדערנקייטן וואס כאפט זיך אריין, סמארטפאון און ווידיאס איז טרייף פסול ביי מיר און שטוב, און אויך אין די בית המדרש וואו איך דאווען, און אין די תלמוד תורה וואו איך שיק מיינע קינדער זענען רובם ככולם פון אזעלכע שטובער.


יעצט ווען איך נעם מיט מיין זון פון 11 יאר קיין אומאן, איז תיכף ביים אנקומען צום עירפארט וועט ער זען אז מער פון רוב פון די אידן וואס ווארטן ארויף צו גיין אויפ'ן פליגער האבן יא א סמארטפאון אין האנט, און בשעת'ן זיצן אויפ'ן פליגער וועט ער זען ווי אידן קוקן יא ווידיאס, און בכלל די הנהגה און די דיבורים אויפ'ן פליגער קען זיין מיט לייכטזיניגקייט פון אסאך מענטשן, איז ווי אזוי וועט ער אויפנעמען אזא זאך, אז יעצט בשעת'ן טון די גרעסטע זאך וואס איז שייך, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זעט ער גאר אז אזויפיל אידן וואס פארן אויך קיין אומאן, טוען אזעלכע סארט זאכן וואס ער זעט נישט זיין גאנצע לעבן?


איך פארשטיי אז די אידן דארף מען דן זיין לכף זכות, און דער רבי איז א דאקטער וואס היילט אויס סיי מיך און סיי זיי, אבער א קינד וואס דארף בכלל חיזוק אוועקצושטיין פון די שרעקליכע נסיונות הדור, קען פון דעם קומען צו א מסקנא אז מ'קען זיין אן ערליכער איד צוזאמען מיט די אלע טריפה'נע זאכן.


יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעשיידט פון שלעכטס; אז מען איז מחנך די קינדער מיט ליבשאפט וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ וִינִיחֶךָ, וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", אז מען איז מחנך קינדער אויפן גוטן וועג וועלן זיי נאר ברענגען נחת.


דער עיקר זאלסטו זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי אים בעטן; קינדער האבן אין זיך א ריינקייט אין זיך, ביי זיי איז די אמונה קלאר און לויטער, דערפאר זאלסטו זיי מחנך זיין זיי זאלן לעבן מיט אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון תפילה ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים, וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע אידן.


אודאי זאלסטו ברענגען דיינע קינדער קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז באוויסט די מעשה אז ווען רבי יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער רבי יודל האט געטראכט אז עס איז וועט זיין זייער שווער פארן קינד די שווערע וועג וכו', אויך האט אים געפעלט געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען צום רבי'ן אליינס אן זיין זון; ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן שלום געבן האט דער רבי זיך אנגערופן: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר - גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; עס האט געבאדערט פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין זון ווייל דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש; מיר פארן ראש השנה מיט אלע קינדער פון פאר זיי ווערן זיבן יאר. מיר קוקן נישט אויף גארנישט און מיר ברעכן אלע מניעות, יעדער איינער האט זיך זיינע נסיונות און אין יעדע תקופה קומען אפיר אנדערע נסיונות, אמאל איז געווען די נסיון אז עס איז נישט דא קיין עסן געהעריג, אדער די בעט איז נישט געהעריג, האבן מיר דאס צעבראכן און געקומען אפילו אן עסן און אן שלאפן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; און אזוי קומען כסדר אן פרישע נסיונות, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן און קומען צו אים אויף ראש השנה.


אז דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו זיי מיט נעמען מיט דיר און זיי מחנך זיין אונטער וועגנס זיי זאלן האבן שמירת עיניים, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - ווי אזוי מאכט מען די קינדער זאלן מסכים זיין צו ביליגע שמחות?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה בר מצוה מאכן בקרוב, און מיר גרייטן זיך צו מאכן בלויז א קידוש שבת אין שול, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר אז ס'איז נישט כדאי צו אויסווארפן אזויפיל געלט אויף די עטליכע שעה פון די שמחה, ובפרט אז מ'האט נישט פון וואו דאס צו באצאלן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין זון, דער בר מצוה בחור, איז זייער נישט צופרידן דערפון. וויפיל מיר האבן פרובירט אים מסביר צו זיין די גרויסע זכות צו מאכן א ביליגע שמחה און נישט אריינפאלן אין חובות, וויל ער דאס נישט פארשטיין, און אויך האט ער מורא פון זיין חברים וואס לאכן פון אים אז ער גייט נישט האבן א נארמאלע בר מצוה אין א זאל אזוי ווי יעדער איינער.


איך בין זיכער אז אויב וועט ער באקומען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט חיזוק אויף דעם ענין, וואס דאס אים געבן די כוחות עס יא צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך אינעם חינוך וואס מען געבט פאר די קינדער; קינדער וואס וואקסן אויף געזונט, אז יעדע זאך וואס מען 'דארף' האבן קויפט מען און יעדע זאך וואס מען 'וויל' האבן – ווייל יענער האט דאס – קויפט מען נישט, אזוי אויך קינדער וואס וואקסן אויף מיט אן אמת'ע לעבן וואס מען לעבט פאר זיך, מען לעבט נישט ווייל יענער לעבט, דעמאלט ווען עס קומט צו פראווען זייערע שמחות, ווי א בר מצוה, חתונה וכדומה, וועלן זיי נישט בעטן פון די עלטערן צו מאכן טייערע שמחות צוליב וואס 'יענער' מאכט אזוי און אזוי, נאר זיי וועלן זיין פרייליך מיט די שמחה אליינס און פארשטיין אז טאטע מאמע האבן נישט וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ביי אונז אינעם מוסד אין וויליאמסבורג איז מען מחנך די קינדער צו לעבן פאר זיך און נישט קוקן אויף יענעם; מען לייגט א שטארקע דגוש אויף דעם - בעיקר ביי די מיידלעך - אז נישט יעדע זאך וואס מען 'וויל' באקומט מען. מען לערנט זיי אויס דעם חילוק פון א זאך וואס מען 'דארף' און א זאך וואס מען 'וויל'.


איך כאפ אן א דוגמא, ווען עס קומט אנהייב יאר, די צייט ווען מען דארף זיך אנגרייטן פארן קומענדיגן יאר שולע, אויב קען מען נאך נוצן די טאש פון פאריאר 'דארף' מען נישט קויפן א נייע; עס קען זיין צומאל אז מען 'וויל' א נייע, ווייל יעדער מענטש 'וויל' נייע און שיינע זאכן וכו', אבער מען איז מסביר אין שולע פאר די קינדער אז א נייע טאש קאסט פאר די עלטערן געלט. מען לערנט מיט זיי אז זאכן קאסטן געלט און מען קען נישט מוטשען די טאטע מאמע און בלאזן, סטראשענדיג אז מען גייט נישט אין שולע ביז מען באקומט א נייע, אפילו עס רעדט זיך דא פון קליין געלט, אבער אז מען איז מחנך די קינדער אויף דעם וועלן זיי דאס פארשטיין ווען עס קומט זייער צייט חתונה צו האבן אדער בר מצוה האבן און זיי וועלן גיין צו די שמחה פרייליך און צופרידן.


דעריבער אז דו דארפסט אן עצה ווי אזוי דו קענסט אריין ברענגען ביי דיינע קינדער ביליגע שמחות וכדומה, זאלסטו רעדן מיט דיינע קינדער אסאך דיבורים פון אמונה. ביי די שבת'דיגע סעודות זאלסטו אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיטן אייבערשטן, דערצייל זיי די מעשה פונעם 'בעל תפילה' וואס דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן פארן אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", וואס דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל זאלסטו פארן קיין יבנאל מיט דיינע קינדער און זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, זאלסט געבן א קוק וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל צום גרויסן בית המדרש נאר צו זען דעם טאוול; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


ליין איבער דעם בריו נאכאמאל און נאכמאל.

#191 - פארוואס חתונה האבן יונג? מ'פארלירט דאך די שענסטע בחור'ישע יארן?
חתונה, חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט א שיעור פון אייך אז ס'איז גוט א בחור זאל חתונה האבן ווי יונגער. איך האב מיר זייער געוואונדערט אויף דעם, ווייל איך האב אלץ געהערט פון מיינע מגידי שיעור אז די בחור'ישע יארן זענען די שענסטע יארן אין לעבן, דאס איז דער יסוד פון לעבן, וואס מ'קען אויפטון אלס בחור קען מען קיינמאל נישט אויפטון שפעטער. פארוואס זאגט איר אז ס'איז יא בעסער חתונה צו האבן ווי פריער, מ'וועט דאך פארפאסן די שענסטע בחור'ישע יארן?


נאכדערצו אז דער ישמח משה שרייבט, "שעה אחת בימי הבחרות כשנה שלימה בימי עמידה", איין שעה אין די בחור'ישע יארן איז ווי א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן. איך פלעג דאס הערן פון מיינע מגידי שיעור יעדע פופצן מינוט... און יעצט הער איך גאר פונקט פארקערט.


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, און איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן.


יישר כח, שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דאס וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם בריוו פאר זיין זון: "וְשָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין שעה אין די יונגע יארן איז אזוי ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער, רעדט ער נישט פון די תקופה וואס מיר רופן היינט אן: "די בחור'ישע יארן", און ווען מען האט חתונה ווערט מען אויס בחור, ווייל דער בריוו האט דער ישמח משה זי"ע געשריבן פאר זיין זון הרב הקדוש רבי אלעזר ניסן זכר צדיק לברכה שוין נאך די חתונה! נאר "ימי הבחרות" מיינט "די יונגע יארן" - סיי מיט א ווייב און סיי אן א ווייב. דער הייליגער ישמח משה שרייבט דאס אונז צו לערנען ווי חשוב די יונגע יארן זענען און מען זאל ריכטיג אויסנוצן די צייט צו דינען דעם אייבערשטן.


די זעלבע זאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", דאס דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב ווי די עבודה אויף דער עלטער.


דאס וואס דו שרייבסט: "אויב מען האט חתונה פרי פארלירט מען די שענסטע יארן", - איז נישט ריכטיג; אין הכי נמי, פון איין זייט איז פאר א בחור גרינגער צו לערנען און דאווענען ווייל ער האט נאך נישט דעם עול הפרנסה און ער דארף נאך נישט אויפציען קינדער, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", ווילאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און מען האט נישט קיין גוטס; נאכמער זאגן חכמינו הקדושים אויף א צווייטע פלאץ (בראשית רבה, פרשה יז, סימן ב): "כָּל שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא טוֹבָה, בְּלֹא עֵזֶר, בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא כַּפָּרָה, אַף בְּלֹא שָׁלוֹם, אַף בְּלֹא חַיִּים, וְאֵינוֹ אָדָם שָׁלֵם", פאר מען האט חתונה האט מען נישט קיין גוטס, מען האט נישט קיין העלפער, מען האט נישט קיין שמחה, מען האט נישט קיין ברכה, מען האט נישט קיין כפרה, עס פעלט שלום, מען האט נישט קיין לעבן און מען איז נישט א גאנצע מענטש. אין זוהר הקדוש שטייט (ויקרא ה.): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ, וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", ווילאנג א מענטש האט נישט חתונה האט ער נישט קיין גוטס, ער איז בכלל נישט קיין מענטש און ער איז נישט כדאי צו ווערן געבענטשט; נאך זאגט דער זוהר (פרשת אחרי, נט:): רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז נישט ראוי צו מקבל זיין פני השכנה.


פון דעם קענסטו זען די סיבה פון אלע צער און יסורים וואס גייט אלץ אריבער אויף בחורים – ווייל עס פעלט זיי די אלע גוטע זאכן. דורכדעם וואס מען פאלט נעבעך אראפ אין עבירות, מען זינדיגט אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – זענען די תוצאות דערפון אז דער מענטש איז צעבראכן כחרס הנשבר. און דאס איז די סיבה פארוואס עס פאלן נעבעך שטיקער פון אידישע קינדער; ווען מען וואלט ווען חתונה געמאכט די קינדער יונג וואלטן אלע געבליבן ערליך און הייליג.


טראכט גוט אריין ווען די פריערדיגע צדיקים האבן חתונה געהאט; דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאר, אזוי אויך דער הייליגער רבי האט חתונה געהאט ביי די בר מצוה (עיין פעולת הצדיק, סימן סה), און בעצם האבן אלע צדיקים חתונה געהאט יונג, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן בקדושה ובטהרה.


מיר געפונען אין די גמרא אז דער הייליגער אמורא רב חסדא האט זיך אויסגערימט פאר די חכמים - זיינע חברים (קידושין כט:): "הַאי דַּעֲדִיפְנָא מֵחַבְרָאִי, דִּנְסִיבְנָא בְּשִׁתְּסָר", דאס וואס איך בין מער פון מיינע חברים, איז ווייל איך האב חתונה געהאט יונג - ביי די זעכצן יאר (זעכצן יאר מיינט מען וואס מיר רופן פופצן יאר, אנפאנג פון די זעכצן יאר), "וְאִי נְסִיבְנָא בְּאַרְבֵּיסָר הֲוָה אֲמִינָא לֵיהּ לְשָׂטָן: גִּירָא בְּעֵינֶיךָ", אויב וואלט איך חתונה געהאט ביי די פערצן יאר, וואלט איך זיך געקענט רייצן מיטן שטן און איך וואלט נישט מורא געהאט פון אים, ער וואלט מיר נישט געקענט מכשיל זיין מיט עבירות און איך וואלט ווען געווען מער אפגעהיטן.


אז דו רעדסט פונעם בריוו פונעם הייליגן ישמח משה, ווייסטו מן הסתם אויך אז דער ישמח משה זי"ע האט דורכאויס זיין גאנץ לעבן געהאפט געווארט אויף משיח און נישט מסיח דעת געווען פון ביאת המשיח. ער האט שטענדיג געהאלטן מיט זיך די בגדי שבת נעבן זיך אפילו ביים שלאפן, אז אויב משיח וועט פלוצלינג קומען זאל ער אים גלייך קענען מקבל פנים זיין. דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט (עיין בדברי יואל פרשת חיי שרה עמוד תעד; פרשת תזריע עמוד שיט) וואס ער האט געהערט אלץ אינגערמאן ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט סאטמאר פון אן אלטן איד ר' אברהם לעווי [פילפישער] זכרונו לברכה וואס האט אליינס געהערט פונעם הייליגן ישמח משה איינמאל הושענא רבה ווען ער האט געהאלטן ביים שטיקל "הושענא למענך אלקינו" ווי ער האט געוויינט צום אייבערשטן און געזאגט: "רבון כל עולמים, איך בעט נישט משיח זאל קומען פאר מיר און פאר מיין הנאה, און אפילו איך וועל נישט זוכה זיין צו זען דאס גוטס וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און איך וועל נישט האבן קיין חלק פון דעם איז מיר אויך גוט, איך וויל נאר עס זאל זיין 'יִתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמֵיהּ רַבָּא'".


דאס איז געווען דער גרויסער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו, ער האט נאר געוואלט און געבענקט און געהאפט יעדע רגע אז משיח זאל שוין קומען. איז כדאי דו זאלסט זען וואס ער זאגט וועגן די "בחור'ישע יארן" (ספר ישמח משה, פרשת כי תבוא): "כִּי הִנֵּה תָּמַהֲתִּי עַל עִיכּוּב הַגָּלוּת, כִּי רוֹב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה כְּשֵׁרִים וּמַדּוּעַ בֶּן דָּוִד לֹא בָּא", איך וואונדער זיך פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, בשעת מיר זעען אז רוב אידישע קינדער זענען ערליך און אפגעהיטן פון עבירות. "וְכַאֲשֶׁר חָקַרְתִּי נִתְוַדַּע לִי כִּי בְּבַּחֲרוּתָם מַרְבִּין חֲבִילוֹת עֲבֵירוֹת עַד שֶׁדַּי לָהֶם עַל יְמֵי חַיֵּיהֶם, וְעַל זֶּה אֵין עוֹשִׂין תְּשׁוּבָה כְּלָל וְזֶה הַגּוֹרֵם, וּלְכָךְ אֵין יְכוֹלִין שׁוּב לְהִדָּבֵק בְּבוֹרְאֵינוּ יִתְבָּרַךְ שְּׁמוֹ", ביז איך בין געוואויר געווארן אז די בחורים טוען נעבעך זייער אסאך עבירות רחמנא לצלן און טוען נישט קיין תשובה דערויף, דאס איז די סיבה אויפן אריכות הגלות; איז פאר דו שרייבסט מיר אז אויב מען האט חתונה יונג פארלירט מען די שענסטע יארן, זאלסטו זען וואס דער הייליגער ישמח משה זאגט, אז נאר וועגן די עבירות וואס מען טוט דורכאויס די בחורי'ישע יארן ליידן מיר אין גלות.


עס כאפט א ציטער און א שרעק ווען מען לערנט דעם שטיקל ישמח משה זעענדיג וואס עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער; פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, אלעס זעט אויס גלאט און גלאנציג, עס זעט אויס ווי עס איז נישט דא קיין נסיונות, מען פאלט נישט אראפ אין עבירות, מען דארף נישט קיין חיזוק וכו'; עס פאלט קיינעם נישט איין די שרעקליכע ווייטאג וואס בחורים און מיידלעך גיין אריבער, זיי ווילן זיין גוט און ערליך, אבער זיי האלטן אין איין אראפפאלן השם ישמרינו.


קוק וואס דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט וועגן די בחור'ישע יארן, (שער התשובה פרק ג, סימן י): "וּמֵהַדְּבָרִים שֶׁצָּרִיךְ הַשָּׁב לְתַקֵּן, הוּא לְתַקֵּן אוֹת בְּרִית הַפָּגוּם בְּהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען דארף תשובה טון אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", ווייל עס איז נישטא היינטיגע צייטן א מענטש וואס ווערט ניצול פון די עבירה אין די בחור'ישע יארן, עיין שם; דאס האט ער געשריבן אין צפת פאר איבער פיר הונדערט יאר צוריק, אינעם דור פונעם הייליגן אריז"ל, ווען דער שטאט צפת איז געווען אנגעפילט מיט הייליגע צדיקים, קדושים און עליונים וואס האט געברענגט א הייליגקייט אויף די גאנצע שטאט (חוץ מזה וואס להבדיל די אראבקעס זענען געגאנגען אנגעטון מיט א מורא'דיגע צניעות, אנגעטון פון קאפ ביזן פיס און עס איז נישט געווען שייך צו קוקן א ראי' אסורה), און טראץ דעם שרייבט ער אין יענע צייט די ווערטער: "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", אז יעדער בחור פאלט דורך אין די עבירה דורכאויס די בחור'ישע יארן, איז דאך זיכער אז אין אונזער דור ווען אלעס איז אפן און עס איז ביטער שווער צו זיין אפגעהיטן בקדושה, ווער רעדט נאך היינט צו טאגס ווען מיר האבן די ביטערע צרה אז יונגע קינדער - בחורים און מיידלעך - דרייען זיך ארום האבנדיג אין טאש אן אייפאד, סמארט-פאון וואס מען קען זען דארט אלע עבירות פון די וועלט, איז דאך זיכער אז ווי פריער מען קען חתונה האבן וועט מען האבן שענערע יארן; דאס איז די איינציגסטע עצה! מען זאל חתונה האבן יונג ווען מען איז ריין און הייליג, ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות.


עלטערן וואס האבן אמת'דיג רחמנות אויף זייערע קינדער דארפן זען חתונה צו מאכן די קינדער ווי יונגער און נישט זוכן קיין תירוצים אפצושטופן די חתונה; מען קען הערן אלע מיני סברות פון מענטשן פארוואס זיי הערן נישט אויס קיין שידוכים פאר די קינדער:


א. עס זענען דא עלטערן וואס זאגן: "אונזער קינד איז נאך יונג, פארוואס זאלן מיר אים פארדרייען דעם קאפ מיט שידוכים וכו'? פארוואס זאלן מיר ארויפלייגן אויף אונזער קינד דעם עול פון חתונה האבן?" ווי מאדנע עס הערט זיך קען מען הערן די טענה אפילו ווען דאס קינד איז שוין העכער צוואנציג יאר, וואס דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים בפירוש אז (קידושין כט:): "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן האבן מחשבות פון עבירות; ווייל הרגל נעשה טבע, דאס געוואוינהייט ווערט ווי א צווייטע נאטור, און וויבאלד ער האט נישט חתונה געהאט יונג האט ער כסדר געטראכט שלעכטע מחשבות, וועט זיך דאס שוין ביי אים ציען אויף ווייטער. אבער דאס איז א גרויסע טעות, ווייל אלע צרות קומען פון דעם וואס מען מאכט נישט חתונה יונג די קינדער - בפרט די מיידלעך וואס זיי דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה - שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ וְתֶּן לָהּ", ווען דיין טאכטער ווערט א בוגרת זאלסטו איר גלייך חתונה מאכן - אפילו מיט דיין קנעכט! אז זי זאל נישט אוועק פאלן חס ושלום.


ב. אויך קען מען הערן עלטערן זאגן: "מיר האבן אזוי ליב אונזער קינד, פארוואס זאלן מיר אזוי שנעל חתנה מאכן?" באמת איז דאס נישט קיין ליבשאפט, ווייל ווען זיי וואלטן באמת ליב געהאט זייער קינד וואלטן זיי חתונה געמאכט דאס קינד ווי שנעלער; ווען מען טוט וואס איז גוט פאר יענעם ווייזט דאס אז מען האט יענעם ליב, נישט ווען מען קוקט אויף די אייגענע אינטערעסן און מען זאגט אז מען האט יענעם ליב. אויף דעם זאגט דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט היינט איבער אויף בני הנעורים, ווי זיי פייניגן זיך און האלטן אין איין אראפפאלן אין מיאוס'ע עבירות, וואס מען קען ווען דאס אלעס איינשפארן דורך זיי חתונה מאכן יונג.


ג. ווידער זענען דא עלטערן וואס זאגן אפ שידוכים מיטן תירוץ אז עס קאסט אסאך געלט צו חתונה מאכן, דאס איז אויך א רציחה און אן אכזריות צו לאזן צוליב דעם די קינדער זיך עלטערן; ווער הייסט חתונה מאכן טייער, רייך און אויסגעבן שווערע געלטער זיך צו ווייזן פאר מענטשן אז מען האט געלט וכו'?! ענדערש זאל מען חתונה מאכן די קינדער ביליג און די געלט (אויב מען האט דאס בכלל) זאל מען געבן פארן יונגן פאר-פאלק זיי זאלן האבן פרנסה וכו', ווען מען וואלט ווען געשפארט געלט נישט צו חתונה מאכן אין טייערע זאלן און נאר רופן די נאנטע משפחה וואלט מען ווען געקענט גרינגערהייט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות. ממילא איז דאס אויך נישט קיין בארעכטיגטע תירוץ פארוואס אפצושטופן שידוכים.


ד. עס זענען דא וואס זאגן אפ שידוכים וועגן כבוד און יחוס; די קינדער נעבעך פאלן אראפ אין ביטערע עוונות רחמנא לצלן אן דעם וואס די עלטערן זאלן וויסן בכלל וואו זיי פאלן נעבעך אראפ - אלץ נאר צוליב כבוד המדומה. דאס הייסט אוועק גיין פונעם דרך התורה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ פון דיין דרגא, "נָסֹב אִיתְּתָא", כדי זאלסט קענען חתונה האבן; ווי קענען עלטערן שלאפן רואיג ביינאכט ווען זיי האבן אין שטוב קינדער וואס דארפן חתונה האבן? וואו איז די יראת שמים פון עלטערן וואס לאזן זייערע קינדער עלטער ווערן נאר צוליב כבוד?!


ה. עס זענען דא עלטערן וואס זענען זיך מלבוש בלבוש תלמוד חכם און זאגן אפ שדוכים מיטן תירוץ אז די קינדער דארפן זיך נאך משלים זיין אין לערנען; דאס איז אויך אנטקעגן די תורה, ווייל חכמינו זכרונו לברכה זאגן (קידושין כט): "אִם אִי אֶפְשַׁר לּוֹ בְּלֹא אִשָּׁה - יִשָּׂא אִשָּׁה וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", אויב מען קען נישט זיין אן א פרוי זאל מען קודם חתונה האבן און נאכדעם לערנען תורה; נאך זאגן חז"ל (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה איז מען א ריינער מענטש.


תמצית הדברים, ווער עס האט רחמנות אויף די קינדער זאל זיי ווי פריער חתונה מאכן, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן הייליג און ריין.


איך האב אביסל מאריך געווען אינעם בריוו נאכדעם וואס דו האסט מיר געשריבן: "אויב מען האט חתונה פרי, פארלירט מען די שענסטע יארן"; עס זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו האסט שוין פארגעסן וואס א בחור גייט אריבער אין לעבן, און דאס האט א פנים ווי דער ענטפער וואס עלטערן געבן פאר זייערע קינדער, ווען דער קינד שעמט זיך נישט און בעט אפן: "טאטע, איך וויל חתונה האבן", אדער: "מאמע, איך בעט דיר, זאג נישט אפ קיין שידוכים איך ווער פארברענט", דאן זאגן זיי מיט א שמייכל: "וואו יאגסטו זיך? כאפ אריין די שענסטע יארן פון דיין לעבן", ווייל זיי האבן שוין פארגעסן וואס עס איז אויף זיי אריבער ווען זיי זענען געווען יונג און זענען געווען יעדע רגע אין א סכנה וכו'; אזוי אויך האסטו שוין אויך פארגעסן וואס עס גייט איבער אויף א בחור.


עס איז נישט דא אזא צעבראכענע הארץ ווי א בחור און עס איז נישט דא אזא שברי כלי ווי א בחור וואס וויל זיין ערליך און אפגעהיטן בקדושת הברית אבער ער האלט אין איין אראפפאלן, מען קען אפילו זאגן אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה, און ער וויינט צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער וויל נישט ווערן אנגערופן מיטן טיטל: "רע" וואס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'"; ער וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, געוואלד און געשריגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית? וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טון די עבירה?!" מוהרא"ש זאגט אז אויף זיי איז געזאגט געווארן וואס דוד המלך זאגט (תהלים קב, יח): "פָּנָה אֶל תְּפִלַּת הָעַ'רְ'עָ'ר' וְלֹא בָזָה אֶת תְּפִלָּתָם", דער אייבערשטער קערט זיך צו די תפילה פון די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון 'רע'.


אז מען רעדט שוין פון בחורים וועל איך דיר נאך שרייבן איין זאך וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן. אז ווען ער וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין פאר אלע בחורים, ער וועט טענה'ן פארן בית דין של מעלה: "וואס זענען בחורים שולדיג אז זיי פאלן אראפ אין עבירות?!"


"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. איך בין געבוירן געווארן 'כ"א אייר' אין די ספירה פון "חסד שביסוד", וואס דאס איז מיין מדה, איך טו 'חסד' און איך בין מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת ה'יסוד'.


בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך זענען בכלל נישט שולדיג אויף וואס זיי פאלן דורך; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל?!"


דעריבער האט מוהרא"ש צוואה געלאזט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; ווייל ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר בחורים און מיידלעך האט ער זוכה געווען ווייטער צו העלפן בחורים און מיידלעך אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - וואו שטייט אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט שלאגן קינדער?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו שטייט אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט שלאגן קינדער?


יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תלמידים פון הייליגן רבי'ן זענען געווען זייער מקושר צום רבי'ן, זיי פלעגן פרעגן דעם רבי'ן יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך פלעגן זיי דערציילן יעדע פרט וואס האט פאסירט מיט זיי. בפרט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך, און זיך גוט צוגעקוקט צו די תנועות וואס דער רבי מאכט צו וויסן אויב ער האט גוט געטון אדער ער דארף עפעס פאררעכטן.


איין מאל האט רבי נתן דערציילט פארן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, אבער דעם פארגאנגענעם שבת האט זיין זון נישט געוואלט אריין קומען צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האט רבי נתן געגעבן א פאטש פאר זיין זון ער זאל פאלגן און אריין קומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין לערנען, נישט סתם אורחי פורחי, ווידער א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


דאס איז גערעדט געווארן ביי קליינע קינדער; גרויסע קינדער איז א בפירוש'ע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ) אז מען טאר זיי נישט שלאגן, ווייל מען איז עובר אויף (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל".


באמת אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך, נאר ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון. דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס העלפט נישט, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


אודאי דארף מען אכטונג געבן אז א ווארט פון א טאטע און מאמע זאל זיין טייער און חשוב; אזוי אויך דארפן קינדער פאלגן. מען באלוינט זיי פארן פאלגן און מען קנס'ט זיי אויב זיי פאלגן נישט. למשל, אויב דאס קינד פאלגט נישט - ער גייט נישט שלאפן ווען מען הייסט אים, ווארנט מען אים אז ער וועט ער נישט קענען שפילן וכו', אבער נישט שלאגן. שלאגן האט גארנישט מיט חינוך, דאס איז סתם זיך אויסגעגעבן די נערוון.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".

#189 - זאל מען נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת?
חינוך הילדים, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב מ'זאל נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת קודש, און אויב יא פון וועלכע יארגאנג. איך האב מורא זיי מיטצונעמען וועגן שמירת עינים און שלעכטע מחשבות וואס זיי קענען האבן פון דעם, אפילו ווען מ'זאגט זיי אן נישט צו קוקן, זעען זיי אבער למעשה.


איך געדענק ווען איך בין געגאנגען אין מקוה אלס קינד מיט מיין טאטע, האט מיין שמירת עינים נישט געטויגט אזוי גוט, דעריבער האט איך יעצט מורא צו נעמען מיינע קינדער, פון די אנדערע זייט אויב וועל איך זיי אנהויבן נעמען ערשט ביי די צוועלף יאר, קען דאן זיין נאך ערגער, ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע זאך וואס מען געוואוינט איין קינדער צו טון וועלן זיי דאס שפעטער טון; אז מען נעמט די קינדער אין שול, מען האלט זיי נעבן זיך ביים דאווענען און מען לערנט זיי שטייטליך אויס ווי אזוי צו דאווענען און נישט צו רעדן ביים דאווענען וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אליינס גיין דאווענען. אבער אויב מען לאזט די קינדער ארום לויפן אין שול און מען שמועסט ביים דאווענען וועלן די קינדער אויסוואקסן אן קיין יראת שמים.


די זעלבע זאך איז מיט יעדע דבר שבקדושה; מען דארף מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוגעוואוינט צו אלע מצות און אלע מנהגים. א טאטע דארף נעמען זיינע קינדער אין מקוה ערב שבת כדי זיי צו מחנך זיין צו גיין אין מקוה, און זיי אויסלערנען ווי אזוי מען גייט אין מקוה בצניעות בקדושה ובטהרה.


פון די זיבן יאר קען מען שוין ברענגען קינדער אין מקוה ערב שבת; פארשטייט זיך נאר מיטן טאטע'ן, ווייל אליינס טאר מען נישט גיין אין מקוה. אפילו א בר מצוה בחור'ל דארף האבן שמירה פון חולי נפש רחמנא לצלן.


אז מען ברענגט קינדער אין מקוה איז כדאי צו גיין ווי פריער ווען די מקוה איז נאך ליידיג, זיי מחנך זיין נישט צו רעדן אין מקוה און זיי אויסלערנען זריזות נישט צו פעניען אין מקוה. מען דערציילט אויפן הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה אז ער פלעגט גיין אין מקוה מיט אזא שנעלקייט, אז קיינער האט אים נישט געקענט אויסכאפן; ווי לאנג מען האט זיך אנגעהויבן אויסטון איז רבי נתן שוין געווען אויסגעטון גע'טובל'ט און צוריק אנגעטון און ארויס פון מקוה! דאס קען יעדער זוכה זיין אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן שמירת עיניים; אדרבה, דאס דארף מען אויסלערנען די קינדער נאך פון זייער יוגנט, אז מען דארף היטן די אויגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - וואס טו איך מיט מיינע קינדער וואס האלטן נישט ביים איינזיצן ביים שבת טיש?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זומער, און דאס האט מיר זייער געטוישט צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ווי אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה, און איך זאג יעדן טאג דריי פרקים משניות, איך שפיר זיך ממש ווי א נייער מענטש.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'זאל דערציילן מעשיות פאר די קינדער ביים שבת טיש, איך פרוביר די לעצטע פאר וואכן צו דערציילן מעשיות ביים טיש, אבער מיינע קינדער הערן מיר בכלל נישט אויס, זיי קריגן זיך ארום די גאנצע סעודה, איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


מיין נישט אז נאר דיינע קינדער זענען ווילד און שפרינגעדיג וכו', ווייל דאס איז די געזונטע נאטור פון קינדער; געזונטע קינדער שפרינגען און קריגן זיך ביים שבת טיש און די ארבעט פון די עלטערן איז צו פראבירן מיט אלע חכמות צו מאכן אז די סעודה זאל זיין אינטערעסאנט.


ווען מען האט עלטערע קינדער און יונגערע קינדער אינדערהיים דארף מען מאכן די סעודה אינטערעסאנט פאר ביידע, מען קען נישט פארלאנגען פון קליינע קינדער צו זיצן ביים טיש במשך די גאנצע סעודה, דעריבער איז גוט אז אנהייב סעודה זאל מען מער רעדן צו די קליינטשיגע קינדער ווי לאנג זיי האלטן נאך מיט די סעודה, און שפעטער ווען די קליינע קינדער גייען זיך שפילן זאל מען מער פארברענגען מיט די עלטערע; מען גייט איבער די פרשה, מען פרעגט יעדן קינד א שאלה און מען פארברייטערט דעם תירוץ מיט אינטערעסאנטע מדרשים וכו'.


פארשטייט זיך אז מיט אלע חכמות און עצות דארף מען מאכן אסאך תפילות יעדע וואך פאר דער שבת קומט צו גיין אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת מיט די ווייב און קינדער. ווייל דער יצר הרע ציטערט זייער פונעם שבת, ער ווייסט אז שבת איז א צייט וואס דער איד קלעבט זיך צו צום אייבערשטן און שבת בויעט דער איד זיין שטוב, זיין ווייב און זיינע קינדער, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און אנגעצויגנקייט, אבי דער שבת זאל זיין צעשטערט. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב; ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר אום שבת קודש, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט  (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם"; אויב מען איז בשלום וועט מען האבן ברכות; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, אזוי ארום וועט מען ניצול ווערן פונעם שטן און זוכה זיין צו א פרייליכע שבת.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. קינדער ווארטן א גאנצע וואך פארן הייליגן שבת, שבת איז א צייט וואס מען פארברענגט מיט זיי מיט שמחה און מנוחה.


געדענק אז אלעס ווענדט זיך אין דעם ראש המשפחה; אז דער טאטע איז פרייליך איז אלעס גוט און אז דער טאטע איז נערוועז דעמאלט איז זייער ביטער. דער טאטע דארף נישט מאכן קיין עסק פון יעדע קלייניקייט, נישט יעדע זאך דארף מען זען און נישט יעדע זאך דארף מען הערן; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע וועלן זיצן נעבן דיר און זיך פרייען מיט דיר ביי די סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - מוז א קינד פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דארף מען מאכן אן עסק אז די קינדער זאלן פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן? און אויב יא, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויסלערנען פאר עלטערן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער איז נישט קיין זאך וואס מען קען אראפ שרייבן אין איין בריוו, דאס איז אן אריכות הדברים. מוהרא"ש האט געשריבן אויף דעם א ספר: "אוצר חנוך הילדים"; מאך זיך א שיעור אין דעם ספר, דארט וועסטו זען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער. איך וועל דיר ענטפערן ממש בקיצור, אויפן שפיץ גאפל.


עלטערן דארפן זיין זייער שטארק מיט דעם פרינציפ אז: 'א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט'; אז מען זאגט פאר די קינדער ניין איז ניין. מען טאר נישט ווערן דערשראקן אויב די קינדער ווילן דאס נישט אננעמען און הייבן אן וויינען, בלאזן, פארפירן וכו'; דער נאטור פון קינדער איז אז זיי פרובירן אויסצופירן, ביז ווען זיי זעען איין אז די עלטערן זענען שטארק מיט זייערס א ווארט, דעמאלט געבן זיי זיך אונטער און וואקסן אויף געזונטע קינדער.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען זאגט עפעס און מען פאלגט נישט מעג מען שלאגן, חס ושלום צו שלאגן קינדער. דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער; פעטש איז נישט דער וועג מחנך צו זיין קינדער. ווען מען שלאגט א קינד איז דאס אויסצוגעבן די נערוון, מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען מאכן אז א ווארט זאל זיין א ווארט; דאס ווענט זיך אין די עלטערן, צי זיי אליינס זענען שטארק מיט דעם וואס זיי זאגן. אז די עלטערן אליינס זענען מסופק, אדער אז עס זענען דא חילוקי דעות צווישן טאטע מאמע - דעמאלט קען מען נישט פארלאנגען פון די קינדער זיי זאלן פאלגן; ווען קינדער שפירן ווי די עלטערן זענען שטארק מיט זייער מיינונג וועלן זיי פאלגן און זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ.


וואס זאל איך דיר זאגן? מיט אלע עצות און מיט אלע חכמות דארף מען אסאך וויינען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" פלעגט ער ענטפערן: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#186 - וואס זענען די הלכות ביים אפגיסן נעגל וואסער?
הלכה, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שאלות, תפלות אויף אידיש, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, דאס געבט מיר פילע עצות און חיזוק אין לעבן. איך בין נתעורר געווארן פון די שיעורים אפצוגיסן נעגל וואסער יעדן טאג, דעריבער וויל איך פרעגן עטליכע שאלות וועגן נעגל וואסער.


א. אויב מ'שטייט אויף אינמיטן די נאכט, דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער?


ב. און אויב יא איז דאס שוין גענוג און מ'דארף זיך נישט נאכאמאל וואשן אינדערפרי?


ג. און אויב וואשט מען זיך אפ אינדערפרי און מען לייגט זיך צוריק נאכדעם בייטאג, דארף מען זיך נאכאמאל וואשן ווען מ'שטייט אויף? דאס איז מיר נוגע ווייל איך געב צו עסן פאר מיין בעבי, און איך קען נישט וויסן ווען איך גיי דארפן אויפצושטיין זיך אפצוגעבן מיט אים.


ד. וויאזוי גיסט מען זיך אפ? איינער זאגט 8 מאל, א צווייטער זאגט 6 מאל, און פון איינעם האב איך אמאל געהערט אז קודם גיסט מען אפ זעקס מאל געהעריג, און דערנאך נאכאמאל דריי מאל אויף די רעכטע הענט און נאכדעם דריי מאל אויף די לינקע האנט. וואס איז די ריכטיגע וועג?


ה. מעג מען נעמען וואסער פאר נעגל וואסער פון א סינק אין בית הכסא אדער פון די וואנע?


ו. אויך דארף מען אפוואשן די הענט פאר די בעבי, ווי אלט דארף מען זיין אז מ'זאל דארפן אפוואשן די בעבי'ס הענט?


ז. ווען מ'געבט צו עסן פאר די בעבי, דארף מען נאכדעם וואשן די הענט יעדעס מאל? איך זיץ אויפ'ן קאוטש און איך געב עסן פאר די בעבי, איך וואלט געוואלט דעמאלט זאגן תהלים, מעג איך דאס טון? אדער דארף איך ווארטן ביז איך ענדיג און איך וואש זיך קודם די הענט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים. און א באזונדערע יישר כח פאר די הערליכע פלעי פון די פארלוירענע בת מלך, דאס האט מיר ממש איבערגענומען, איך האב נאכנישט געזען אזא פלעי אין מיין לעבן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט. עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


א – דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין גלייך ווען מען שטייט אויף זיך אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט; אפילו מען שטייט אויף אינמיטן דער נאכט און מען וויל געבן עסן פארן קינד וכדומה - זאל מען זיך אפגיסן נעגל וואסער (משנה ברורה, אורח חיים סימן א, סעיף קטן ב).


ב – אויב מען איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און מען לייגט זיך צוריק שלאפן ווען עס איז נאך נאכט דארף מען זיך נאכאמאל אפגיסן ווען מען שטייט אויף אינדערפרי (משנה ברורה אורח חיים סימן ד', סעיף קטן כז).


ג – אויב מען שלאפט בייטאג - זאגט דער מחבר (שם, סעיף טו) - איז א ספק צי מען דארף זיך וואשן די הענט, דעריבער זאל מען זיך וואשן אן א ברכה (רמ"א, שם). און דאס דארף נישט זיין ביים בעט, נאר מען קען אראפגיין פון בעט, און פאר מען וויל עפעס טון זאל מען זיך וואשן די הענט ביים סינק (אשל אברהם; משמרת שלום סימן א, סעיף קטן ג).


ד – מען גיסט אפ דריי מאל יעדע האנט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (שם, סעיף ב): "יְדַקְדֵּק לְעָרוֹת עֲלֵיהֶן מַיִם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים, לְהַעֲבִיר רוּחַ רָעָה שֶׁשּׁוֹרָה עֲלֵיהֶן". מען הייבט אן מיט די רעכטע האנט; מען הייבט אויף דעם טעפל מיט די רעכטע האנט און מען געבט דאס איבער אין די לינקע האנט און מען גיסט אפ איין מאל די רעכטע האנט און נאכדעם די לינקע האנט, נאכדעם גיסט מען אפ די רעכטע האנט און אזוי ווייטער - סך הכל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט (שם, סעיף י). עס זענען דא וואס גיסן א פערדע מאל (משנה ברורה שם, סעיף קטן יא, בשם ספר מעשה רב שכן נהג הגר"א זכותו יגן עלינו), אזוי אויך זענען דא וואס גיסן נאכדעם דריי מאל אויף יעדן האנט (דרכי חיים, שכן נהג הרה"ק מצאנז זכותו יגן עלינו), דאס איז אלעס מנהגים אבער די הלכה איז זיך אפצואוואשן די הענט דריי מאל.


ה – אויב מען האט נישט קיין אנדערע וואסער, נאר פון א קראן וואס געפונט זיך אין בית הכסא קען מען נעמען די וואסער, ווייל די פוסקים זענען דן אויף אונזערע בתי כסאות צי זיי האבן א דין פון א בית הכסא (עיין בשאלות ותשובות מנחת יצחק חלק א, סימן ס).


ו – מען פירט זיך אפצוגיסן אפילו גאר קליינע קינדער (משנה ברורה שם, סעיף קטן י'; בן איש חי פרשת תולדות סימן י) כדי זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; אזוי ווי דער רבי'ס מאמע פיגא די נביאה האט געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער.


ז – אז מען כאפט זיך אן במקומות המכוסים און מען וויל דאווענען אדער זאגן תהילים דארף מען זיך אפגיסן די הענט (שם, סימן כא), אבער אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן קען מען רעדן צו אים; אפילו מען האלט אינמיטן זייגן דאס קינד און מען האט נישט ריינע הענט - קען מען רעדן צום אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן בשעת'ן געבן צו עסן פארן קינד צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל דאס וועט מאכן אז דער קינד זאל וואקסן א גרויסע צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר"; זאלט איר אודאי רעדן צום אייבערשטן ווען איר געבט צו עסן פארן קינד, אזוי ארום וועט דאס קינד אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר זאלט זען צו גיין אנגעטון נאר מיט צניעות'דיגע קליידער, און בעטס שטענדיג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס לוינט זיך נישט גיין אנגעטון פראסט צו פארלירן מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#185 - וואס טוט מען ווען מ'כאפט א קינד ביי א גניבה?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קליין זעקס יעריג אינגל איז אהיימגעקומען פון געשעפט, איך האב באמערקט אז ער האט גע'גנב'ט א נאש פון געשעפט, איך האב אים אויסגעלערנט אז מ'טאר נישט גנב'ן און מ'דארף באצאלן, מיר זענען צוריק געגאנגען אין געשעפט און באצאלט און איבערגעבעטן דעם געשעפטס מאן.


מיין שאלה איז וואס איז די ריכטיגע צוגאנג צו אזא זאך, ווי אזוי קען מען אויסלערנען א קינד ער זאל נישט טון מער אזעלכע זאכן? דאס קינד באקומט גענוג און נאך אינדערהיים, עס פעלט אים ב"ה גארנישט, מיינט דאס אז מ'דארף אים געבן נאך מער?


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיך צו פירן בדרכי התורה והמצוות. דער הייליגער ר' נתן פלעגט זאגן: "ביי מיר איז חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער אזוי ווי תיקון חצות"; ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואלט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטוב מיט קינדער, פלעגט ער ווארטן זיי זאלן אהיים קומען פון חדר, וואס דעמאלט פלעגט ער זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער, און דאס האט אים געשטערט פון גיין שלאפן פרי, האט ער געזאגט אז דאס איז ביי אים אזוי חשוב פונקט ווי די עבודה פון זאגן חצות.


דו האסט זייער גוט געטון אז דו ביסט צוריק געגאנגען מיט דיין קינד צום געשעפט און אים געהייסן איבער בעטן דעם געשעפטס-מאן, אזוי האסטו אים אויסגעלערנט אז מען טאר נישט גנב'נען; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, איין מאל און נאכאמאל און נאכמאמאל, ביז עס גייט אריין אין זייערע הערצער.


ווען מען כאפט א קינד גנב'נען דארף מען אים מחנך זיין ער זאל וויסן אז מען טאר נישט גנב'נען; ווען מען מוסר'ט דעם קינד טאר מען אים נישט פארשעמען, נאר מען דארף דאס טון פריוואט - טאטע מאמע מיטן קינד. מען נעמט אים אריין אין א פריוואטע צימער און דארט רעדט מען מיט אים, אבער אויב מען מוסר'ט אים ברבים צווישן די געשוויסטער קען ער ווערן פארשעמט, דעמאלט טוט מען גארנישט אויף וכו', מען מאכט נאר מער קאליע.


עלטערן דארפן פארגיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; הער א ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מען האט אים אמאל געפרעגט ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, אזוי האב איך געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז די וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער על דרך התורה והמצוות.

#184 - מ'רודפ'ט מיינע קינדער אין חדר און אין שולע, וואס קען איך טון?
חינוך הילדים, מוסדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואו איך האב ב"ה זייער שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, איך לעב ב"ה א הערליך לעבן מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען, איך האב ב"ה געראטענע קינדער און איך האב געטון הערליכע שידוכים מיט זיי. איך האב ב"ה ברייט פרנסה, און אלעס גייט מיר זייער גוט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


לעצטנס האט זיך אבער געמאכט אן אינצידענט און דאס האט געברענגט אז די מענטשן אין מיין געגנט האבן מיר אנגעהויבן זייער שטארק צו רודפ'ן, דאס וואלט מיר נישט אזוי געשטערט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז געגאנגען נאך ווייטער, אז מ'האט אויך אנגעהויבן צו רודפ'ן מיינע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אין חדר און אין שולע.


די קינדער קומען אהיים ממש אויסגעלאשן, זיי דערציילן ווי מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי אויס, און דאס מאכט מיר געפערליכע צער. איך און מיין ווייב מאכן נאס דעם קושן יעדע נאכט.


ליידער איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, נישטא קיין הנהלה אדער רבנים וואס זאלן זיך צוהערן צו אונזער ווייטאג. וואס זענען שולדיג מיינע אומשולדיגע קינדער, אז מ'טשעפעט זיי אזויפיל און מ'געבט זיי צונעמען, און אזוי ווייטער.


ביטע האט רחמנות אויף מיין משפחה וואס גייט ממש צוגרינד, און געבט אונז אן עצה וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויין ווען איך ליין דיין בריוו.


איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ע ישיבה; פאר צען יאר צוריק האט מען דאס געטון מיט מיינע קינדער. מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט, מען איז זיי נאכגעלאפן אין די גאסן, די שכנים וכו' האבן זיי נאכגעשריגן מיט אלע מיאוס'ע ווערטער אויף זייער טאטע, דאס האט מיר זייער וויי געטון, נאך מער פון אלעס.


פרוביר צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער, פארצייל זיי וואס מען טוט מיט די קינדער, זיי וועלן אודאי אנזאגן די תלמידים אז מען טאר נישט וויי טון א צווייטן איד. אויב זיי וועלן זיך נישט וואוסענדיג מאכן, זיי וועלן זאגן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דיינע קינדער זאלסטו ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ; אויב א מלמד איז מחנך זיינע תלמידים מיט רשעות, צו טשעפען אנדערע קינדער, וועלן אלע קינדער ביים סוף ארויס גיין לתרבות רעה.


איך ווייס נישט וואו דו געהערסט, צו וואסערע חסידות וכו'; איך וויל דיר דערציילן אז דא איז דא א געגענט וכו' וואו מען האט פאר דרייסיג יאר צוריק מחנך געווען קינדער צו שפייען אויף קינדער וואס לערנען אין אן אנדערע מוסד, מען האט אויסגעלערנט די מיידלעך אז ווען זיי זעען א מיידל וואס גייט אין די אנדערע שולע זאל מען ציען אירע האר און שרייען מיאוס'ע ווערטער. רוב פון די קינדער זענען ארויס לתרבות רעה און די איבעריגע האבן נעבעך יענעם חיים טובים.


דערווייל לייג אריין אין זיי א שטארקייט אז זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן און דערנידערט פון קיינעם; אויב איינער שלאגט זיי, זאלן זיי צוריק געבן מכות רצח, זיי זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. זאג זיי אן אז קיינער קען נישט קומען שרייען אויף זיי "נקמה", ווייל מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער: "הבא להרגך השכם להרגו", דאס הייסט "סעלף דיפענס" וואס איז נישט נקמה, ווייל נקמה מיינט אז איינער האט מיר שלעכטס געטון טאר איך אים נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער אז איינער וויל מיר שלאגן איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן.


עס איז נישט דא קיין שום היתר צו טשעפען קינדער וועגן די עלטערן; ווען דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט געעפענט די חדר "תורה ויראה", האט ער געזאגט אז מען קען נישט קוקן אויף די עלטערן וכו', ער האט געהייסן אריין נעמען אין חדר און אין שולע ווער עס האט נאר געוואלט; ווען עלטערן זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס זענען דא קינדער וואס זייערע עלטערן היטן נישט קיין שבת, און זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט זיי, האט דער רבי זי"ע געענטפערט: "אויב איר ווילט נעמט ארויס אייער קינד"... אזוי אויך האט מען זיך אפגערעדט אז עס זענען דא עלטערן וואס פארמאגן טעלעוויזשן אין שטוב, אויף די אלע טענות האט דער רבי געענטפערט: "מיט די צייט וועלן די קינדער משפיע זיין אויף די עלטערן זיי זאלן אויך תשובה טון"; ער האט בשום אין אופן נישט געלאזט מען זאל ארויס ווארפן א קינד וועגן די עלטערן.


דעריבער זאלסטו נאכאמאל פרובירן צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס, צום מנהל און מנהלת אז מען טוט וויי דיינע קינדער; אפשר איז עס נישט ממש ווי דו זאגסט, אפשר זוכן דיינע קינדער צו טשעפען מיט אנדערע, זיי מברר וואס גייט פאר, און אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, זאלסטו שוין ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ וואס וועט סיי ווי צעפאלן.


די הנהלת המוסד איז געקומען אמאל צום הייליגן סאטמארער רבי זאגן אז עס איז נישט דא קיין געלט און די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן, האט דער רבי זכותו יגן עלינו זיי געזאגט אזוי: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז מען האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט מאכט זיך צו פון מחלוקות"; קינדער טאר מען נישט אריין מישן אין קיין מחלוקת, קינדער וואס הערן רעדן אויף א צווייטע איד וועלן שפעטער אוועק גיין פון אידישקייט, מחלוקות איז נישט גוט פאר קיינעם, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם, ספעציעל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און אונז שיקן דעם גואל צדק וואס זאל מאכן שלום צווישן אונז, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג): "הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (עדיות, ח): "אין אליהו בא לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם", אליהו הנביא וועט קומען נאר צו מאכן שלום אויף די וועלט; אמן.