שאלה אין קורצן ענין
#183 - פארוואס זאל מען נישט לערנען מער ענגליש און לימודי חול מיט די קינדער?
חינוך הילדים, לימוד התורה, לימודי חול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח אויף אייערע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב א זאך וואס שטערט מיר שטארק, איך שיק מיינע קינדער אין תלמוד תורה ב"ה, מען לערנט א גאנצן טאג תורה, און נאר איין שעה לערנט מען לימודי חול. מיר שטערט זייער שטארק פארוואס מ'לערנט נישט מער מיט די קינדער, צום ביישפיל היסטאריע, געאגראפיע, און דאס גלייכן. אפילו נ"ך, וואס דאס איז דאך אידישע היסטאריע, לערנט מען אויך נישט. שוין אפגערעדט וואס מען לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צו זאגן וועגן דעם.


יישר כח פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו שיקן דיינע קינדער אין א ערליכן תלמוד תורה וואו מען לערנט מיט די קינדער די הייליגע תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע זכות דער מענטש האט ווען ער איז זוכה צו שיקן זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה; ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און זיין נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל, הייבט מען אן דן זיין די נשמה, מען נעמט אפיר אלע מעשים וואס דער מענטש האט געטון, און ווען מען וויל אים שוין שטראפן אויף זיינע שלעכטע מעשים, זאגט דער זוהר הקדוש (מדרש הנעלם פרשת וירא, קד:): אויפן פסוק (בראשית יח, לא): "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים", אז דער סניגור זיכט זכותים אויף די נשמה, אז די נשמה זאל זוכה זיין צו גיין אין גן עדן; פרעגט ער: "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים, שֶׁמָּא יְגַדְּלוּ בָּנִים לְתַלְמוּד תּוֹרָה, וְיֶשׁ לָהֶם שָׂכָר לַעֲשֶׂרֶת הַדִּבְּרוֹת שְׁתֵּי פְּעָמִים בְּכָל יוֹם?" אפשר האט דער מענטש געשיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה, האט ער שכר כאילו ער האט מקיים געווען יעדן איינציגן טאג די עשרת הדברות צוויי מאל, "דְּאָמַר רַבִּי יִצְּחָק, כָּל הַמְגַדֵּל בְּנוֹ לְתַלְמוּד תּוֹרָה וּמוֹלִיכוֹ לְבֵית רַבּוֹ בַּבֹּקֶר וּבָעֶרֶב, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִלּוּ קִיֵּים הַתּוֹרָה ב' פְּעָמִים בְּכָל יוֹם", ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער שיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען תורה, רעכנט מען אים כאילו ער האט מקיים געווען די גאנצע תורה און אין דעם זכות ווערט זיין נשמה באפרייט פון די עונשים פון גיהנום.


איך ווייס נישט וואס שטערט דיר אז דיינע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש; צי וואס דארפן זיי דאס לערנען, וואס וועט דאס זיי העלפן אין לעבן? דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זיין באזארגט פאר די קינדער פון וואו זיי וועלן האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט זייער פרנסה מיט וואקסן מיט זיי; וויפיל אידן דרייען זיך ארום מיט א גוטע ענגליש און מיט אלע חכמות און זיי האבן נישט קיין פרנסה? פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, פרנסה קומט אז מען לערנט תורה.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג זעט מען אז עס זענען דא הונדערטער עשירים וואס קענען נישט קיין ענגליש, עס זענען דא חסידי'שע אידן וואס האבן שיין פרנסה וכו'; זיי זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט אלע זייערע יארן נאר תורה און מיט דעם אלעם פירן זיי גרויסע געשעפטן וכו', און פארקערט זענען דא וואס האבן שטודירט צענדליגער יארן אלע ערליי חכמות, זיי האבן געלערנט כמה שפראכן וכו' און זיי האבן נישט קיין פרנסה. דעריבער, דארף אייך נישט שטערן אז אייערע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש נאר זיי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


מיר ווייסן גארנישט; מיר ווייסן נאר וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט, ווי זיי האבן אוועק געשטעלט די חינוך פאר אונזערע דורות. מיר גייען נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אראפ געשטעלט יסודות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, און מען קען דאס נישט משנה זיין.


שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "הַגִּידָה לִּי שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי אֵיכָה תִרְעֶה אֵיכָה תַּרְבִּיץ בַּצָּהֳרָיִם", די אידן פרעגן ביים אייבערשטן: "ווי קענען מיר זיין אין גלות, ווי אזוי ווייסן מיר וואו דיר צו געפונען? "שַׁלָּמָה אֶהְיֶה כְּעֹטְיָה, עַל עֶדְרֵי חֲבֵרֶיךָ", פארוואס זאלן מיר זיין פארשעמט ווי אבלים וואס האבן נישט קיין פאסטוך? ענטפערט דער אייבערשטער פאר די אידן (שם, ז): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווילסט מיר טרעפן, אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דעם ביטערן גלות: "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס זיי האבן אראפגעשטעלט א וועג ווי אזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער.


צי מען זאל לערנען נ"ך מיט די קינדער, אויף דעם איז דא חילוקי דעות; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט מען זאל נישט לערנען נ"ך מיט קינדער, ווייל פארצייטנס האבן די אפיקורסים גענומען נ"ך און דארט האבן זיי אריין געלייגט זייערע פאלטשקייטן אנטקעגן די תורה.


מיר געפינען אין די גמרא (ברכות כח:): "כְּשֶׁחָלָה רַבִּי אֱלִיעֶזֶר נִכְנְסוּ תַּלְמִידָיו לְבַקְּרוֹ", ווען דער הייליגער תנא ר' אליעזר איז געווארן נישט געזונט, זענען די תלמידים אריין געגאנגען צו אים און געבעטן: "לַמְדֵנוּ אוֹרְחוֹת חַיִּים וְנִזְכֶּה בָהֶן לְחַיֵי הָעוֹלָם הַבָּא", רבי, לערן מיט אונז א וועג ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין דורך דעם צו עולם הבא, האט דער הייליגע תנא ר' אליעזר זיי געזאגט: "הִזָּהֲרוּ בִּכְבוֹד חַבְרֵיכֶם", געבט אכטונג אויף דעם כבוד פון א צווייטן, "וּמִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", זאגט רש"י אויף דעם: "לֹא תַּרְגִּילוּם בַּמִּקְרָא יוֹתֵר מִדַּאי", איר זאלט נישט לערנען מיט די קינדער אסאך מקרא; נאך האט ר' אליעזר געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", נעמט אייערע קינדער זיי זאלן זיצן ביי די הייליגע חכמים.


דעריבער זענען געווען צדיקים וואס האבן אויסגעשטעלט דעם סדר פון חדר נישט צו לערנען נ"ך; ווידעראום זענען געווען צדיקים וואס האבן איינגעפירט אז מען זאל יא לערנען נ"ך, ווי למשל דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט יא געהייסן לערנען נ"ך אין די חדרים, און אזוי פירן זיך אסאך תלמוד תורה'ס, און אזוי פירט מען זיך ביי אונז אין די ברסלב'ער תלמוד תורה.


דער עיקר דארף מען געדענקען אז אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מען זאל האבן קינדער צדיקים יראי אלקים.


אודאי ווייסטו די מעשה אז מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - וועלכע מעשיות איז גוט צו דערציילן פאר קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר רעדט אסאך פון דערציילן ספורי צדיקים פאר קינדער, ספעציעל אזעלכע מעשיות וואס מ'קען נאכמאכן. איך וויל אבער וויסן וואו מ'קען טרעפן אזעלכע גוטע מעשיות פאר קינדער. אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך; ס'איז דא שיינע מעשיות פון צדיקים, אזוי אויך איז דא שיינע מעשיות פון חכמינו זכרונם לברכה צומגענומען פון אלע מדרשים און גמרות ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט. אויך איז דא שיינע מעשה טעיפס וואו עס ווערט זייער שיין דערציילט מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט; ווען מען ליינט דאס און מען הערט דאס ווערט מען זייער נתעורר צו עבודת השם.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלה): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הַיְנוּ מִמַּה שֶּׁאֵרַע לָהֶם, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעַל יְדֵי זֶה נִטְהָר מַחֲשַׁבְתּוֹ", עס איז זייער א גרויסע זאך צו דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס ברענגט אז מען זאל האבן א ריינע מח; ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווי אזוי ער האט זיך נישט פארלוירן ווען ער איז אריבערגעגאנגען א שוועריקייט, ווערט דער מח ריין פון אלע דאגות און דמיונות וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט', מען הייבט אן זען אז אלעס אנדערש איז נאריש, דאס הייסט אז דער מח ווערט אויסגעקלארט. אבער דער רבי זאגט (שם) מען דארף וויסן ווי אזוי צו דערציילן די מעשה; דער עיקר דארף מען זען מען זאל ארויס נעמען התחזקות פון די מעשה, אז מיר זאלן אויך דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי די צדיקים האבן זיך געפירט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען געבט פאר קינדער צו הערן; ליידער זענען דא זייער אסאך טעיפס פון ליצנות באיצטלא דרבנן. עס זעט אויס ווי א היימישע מעשה וכו' אבער עס איז אנגעפילט מיט סם המות; איין שטיק ליצנות פון יעדן מנהג און פון צדיקים.


מען זעט אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, מיט וועם ער חבר'ט זיך און וואסערע מעשיות/דרשות מען הערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט יראת שמים, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.

#181 - מעג מען געבן פעטש פאר קינדער ווען ס'העלפט נישט עפעס אנדערש?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר זאגט אסאך אז חינוך דארף מען רעדן צו קינדער און נישט שלאגן, און אויב דארף מען יא שלאגן זאל עס זיין נאר א קליין פעטשל אויף די האנט. וואס טו איך אבער ווען מיין 9 יעריג אינגל האלט נישט ביים פאלגן און ס'העלפט נישט קיין רעדן מיט גוטן אדער בייזן?


ספעציעל ווען עס קומט ביינאכט אים אריינצושיקן אין בעט, איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן, ער הערט ממש נישט וואס מ'רעדט צו אים. אפשר מעג ער יא באקומען א פאטש אויפ'ן פנים.


איך וועל זיך פרייען אויב איר קענט מיר קלאר מאכן אין דעם ענין.


יישר כח.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער; אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך, נאר ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון. דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


אודאי דארף מען אכטונג געבן אז א ווארט פון א טאטע און מאמע זאל זיין טייער און חשוב. אזוי אויך דארפן קינדער פאלגן; מען באלוינט זיי פארן פאלגן און מען קנס'עט זיי אויב זיי פאלגן נישט. למשל, אויב דער קינד פאלגט נישט - ער גייט נישט שלאפן ווען מען הייסט אים, ווארנט מען אים אז ער וועט ער נישט קענען שפילן וכו', אבער נישט שלאגן. שלאגן האט גארנישט מיט חינוך, דאס איז סתם זיך אויסגעבן די נערוון.


בנוגע דיין זון וואס ער פאלגט נישט און מאכט זיך נישט וואוסענדיג וכו'; אסאך מאל ווען א קינד דארף אסאך אויפמערקזאמקייט (תשומת לב) און ער באקומט עס נישט, זוכט ער אן אופן ווי ער קען אויפרעגן וכו', כדי צו געוואונען אויפמערקזאמקייט. דערפאר ווען מען זעט אז א קינד פאדערט מער תשומת לב, דארף מען אים דאס געבן נאך פאר ער הייבט אן שטערן. קלוגע עלטערן, ווען זיי זעהן ווי א קינד הערט נישט וואס מען רעדט צו אים, הייבן זיי אים אויף; למשל, מען זאגט הויך: "קוקט ווי שיין ער פאלגט - ער גייט אריין אין בעט מיט איין מאל הייסן"; "דו ביסט אזא צדיק, דו פאלגסט מיט איין מאל הייסן". צו גוטע ווערטער כאפט זיך יעדער צו; יעדער וויל זיין פון די גוטע.


פארשטייט זיך אז אן תפילה נוצט נישט גארנישט; מען קען וויסן אלע עצות מיט אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - זאל מען נאר קוקן אויף די גוטע זאכן, אדער דארף מען מחנך זיין די קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן תורה רפ"ב אז מ'דארף קוקן נאר אויף די גוטס פונעם צווייטן, און דאן וועט די שלעכטס שוין אוועקפאלן פון זיך אליין, מ'זאל בכלל נישט קוקן אויף די שלעכטס פון יענעם.


מיין שאלה איז ווי אזוי מ'קען דאס אויספירן אויף למעשה אין שטוב מיט די קינדער, למעשה דארף מען זיי דאך מחנך זיין אויף תיקון המדות, כשרות און צניעות און אזוי ווייטער, זאל מען זאגן אז מ'זאל גארנישט קוקן אויף די שלעכטס וואס זיי טוען, און נאר זיך מתבונן זיין אין די גוטס? איז דאס גענוג אז זיי וועלן שוין אליין ווערן גוט? אדער דארף מען זיי יא מעורר זיין זיך צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג? און אויב יא, ווי אזוי שטימט דאס מיט די דערמאנטע תורה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א טעות וואס מענטשן מאכן, מענטשן מיינען אז מען האט צייט צו מחנך זיין די קינדער ווען זיי ווערן עלטער; דאס איז א טעות, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען קליין. עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייערע קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, מען איז זיי מחנך צו לערנען און דאווענען און אויף קיום המצוות, די קינדער וועלן זיין ערליכע אידן. בפרט מיידלעך וואס זיי דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶך בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; ווייל מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זוהן; אויב מען געבט נישט אכטונג ווען זיי זענען קליין זיי זאלן גיין בצניעות וועט שפעטער זיין אביסעלע צו שפעט.


ביים הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו איז אמאל אריינגעקומען א קליינע מיידעלע מיט קורצע ערמל, ווען דער רבי האט דאס געזען האט ער געפרעגט: "וועמענס איז זי?" האט מען גערופן איינע פון די גבאים און דער רבי האט אים פארגעהאלטן: "היתכן דו לאזט דיין מיידעלע גיין מיט קורצע ערמל? עס איז נישט קיין צניעות!" האט דער איד געענטפערט: "רבי, זי איז נאך אונטער דריי יאר", האט דער רבי געזאגט: "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים, מען דארף אכטונג געבן אויף צניעות"; אויב מען געבט אכטונג אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וואקסן די קינדער אויף ערליך, אבער אז מען לאזט די קינדער גיין ווי אזוי זיי גייען און מען זאגט זיי גארנישט, מען פארענפערט זיך: 'זיי זענען נאך יונג', וועט מען שפעטער גארנישט קענען טון.


קינדער דארף מען מחנך זיין און אויב מען איז זיי נישט מחנך וועלן זיי ארויסגיין לתרבות רעה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר" ווער עס האט ליב זיין קינד זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד וועט דאס קינד אראפגיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעהן ביי אברהם אבינו; ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס, אבער ער האט אים גארנישט געזאגט ווייל ער האט אים געשוינט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב כדי ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; עס שטייט אין די תורה (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו און אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה; זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג וועט ער חרטה האבן שפעטער.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מדרש (פרשת שמות - רבה א, א; תנחומא א), וועסטו זען ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס נאך מעשיות. חז"ל דערציילן פון אבשלום און זיין ברודער אדוניה וואס זייער טאטע דוד המלך האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר און וואס עס איז צום סוף געשען מיט זיי. אבער די קינדער וואס מען איז מחנך, זיי וואקסן אויס גרויסע צדיקים; אברהם אבינו האט מחנך געווען יצחק, יצחק האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים, און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.


זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט; וואס האט איינס מיטן צווייטן, וואס האט חינוך הבנים מיט דן זיין לכף זכות? פארקערט, אויב מען איז דן א צווייטן לכף זכות, מען קוקט אים נישט אן ווי א רשע, דעמאלט קען מען יענעם צוריק ברענגען צום אייבערשטן. דאס זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב): "דַּע כִּי צָרִיךְ לָדוּן אֶת כָּל אָדָם לְכַף זְכוּת, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁהוּא רָשָׁע גָּמוּר, צָרִיךְ לְחַפֵּשֹ וְלִמְצֹא בּוֹ אֵיזֶה מְעַט טוֹב, שֶׁבְּאוֹתוֹ הַמְּעַט אֵינוֹ רָשָׁע, וְעַל יְדֵי זֶה שֶׁמּוֹצֵא בּוֹ מְעַט טוֹב, וְדָן אוֹתוֹ לְכַף זְכוּת, עַל יְדֵי זֶה מַעֲלֶה אוֹתוֹ בֶּאֱמֶת לְכַף זְכוּת, וְיוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ בִּתְשׁוּבָה", אז מען קוקט גוט אויף א צווייטן, מען זוכט אין יענעם אביסל גוטס דורכדעם קען מען יענעם צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, י): "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע, וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", אז דו וועסט טרעפן אין אים 'עוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע' - אביסל גוטס וואס אין דעם פרט איז ער נישט קיין רשע, דעמאלט: 'וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ', וועט ער שוין נישט בלייבן ביי זיינע אלטע מעשים, נאר ער וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


די זעלבע זאך - זאגט דער רבי - איז מיט זיך אליינס; די סיבה פארוואס א מענטש טוט שלעכטע מעשים איז ווייל ער טראכט: 'איך בין דאך שוין סיי ווי א רשע, איך קען זיך שוין נישט אומקערן צום אייבערשטן', אבער אז מען טרעפט אין זיך אביסל גוטס, דעמאלט קען מען זיך שוין צוריק קערן צום אייבערשטן. דעריבער פארשטיי איך נישט וואס איז די סתירה פון חינוך און דן זיין לכף זכות; פארקערט אז מען קוקט גוט אויף די קינדער, מען האט רחמנות אויף זיי, דעמאלט קען מען שיין רעדן צו זיי, דעמאלט קען מען זיי מעורר זיין זיי זאלן לערנען און דאווענען און גיין אנגעטון בצניעות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - פירן א פשוטע ביליגע לעבן, קען שאטן פאר די קינדער?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מאמע פון א קינדער געבענטשטע פאמיליע, איך פרוביר זיך צו האלטן צו א ביליגע סטאנדארט, צו קויפן די ביליגסטע, און אפילו נעמען גענוצטע וועש פון אנדערע, און ווען עס קומט חול המועד גייען מיר נאר צו פשוטע פלעצער צו פארברענגען. ווידער מיינע שוועסטער און שוועגערנס האלטן זיך זייער הויך, זיי קויפן אלץ טייערע זאכן, און מ'גייט אויף ווייטע און טייערע אויספלוגן.


איך וויל וויסן אויב דאס וועט נישט שאטן פאר מיינע קינדער, וועלכע קענען שפירן אז זיי זענען בא'עוול'ט געווארן, זיי זענען די 'נעבעכס', זיי באקומען נישט אזויפיל ווי זייערע קאזינס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייער משפחה איידל און באשיידן וכו'.


וויסן זאלט איר, די קינדער וואס מען צערטעלט זיי (ספוילט), מען טוט זיי אן ווי קעניגן און מען טראגט זיי חול המועד האלטן אויף די זון אין די לבנה וכו' – אויף זיי איז א גרויסער רחמנות, ווייל געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי ווילן און אלעס וואס זיי חלומ'ען דאס מאכט זיי פאר א נעבעך.


געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי בעטן וכו' - איז א פוילער וועג אין חינוך; עלטערן כאפן זיך נישט אז דאס אנטון די קינדער מיט די טייערסטע קליידער און מיט די נייסטע מאדעס - וועט זיי שפעטער קאסטן א טייערע פרייז.


קינדער דארפן גארנישט, קינדער דארפן נאר איין זאך: "א ווארעמע שטוב"; קינדער וואס האבן א ווארעמע שטוב, זיי וואקסן אויף אין א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב, וואו די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - די קינדער קענען נישט ווערן קיין נעבעכ'ס. קינדער וואס מען רעדט שיין צו זיי, מען דערנידערט זיי נישט, מען שרייט נישט אויף זיי - די וואקסן אויף געזונט.


דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן ווייטער מחנך צו זיין אייערע קינדער פשוט און ביליג און איר זאלט נישט קוקן נישט אויף א צווייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵך אָדָם לַבְּרִיוֹת, פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְּרוּם", ווען א מענטש קוקט אויף א צווייטן, מען וויל געפעלן א צווייטן, ווערט ער אזוי ווי א קאלירטע פייגל וואס טוישט יעדן טאג איר קאליר, ווייל ער דארף פאר יעדן איינעם אנדערש אויסקוקן און מען האט נישט קיין לעבן; דער וואס זוכט נאר צו געפעלן א צווייטן דער איז דער נעבעך, אבער ווען מען לעבט פארן אייבערשטן, ווען מען לעבט פאר זיך - דעמאלט לעבט מען א גוט לעבן.


נאכאמאל, קיינער זאל אייך נישט איינרעדן אז אויב איר וועט נישט געבן פאר די קינדער דאס טייערסטע און דאס בעסטע וכו' וכו' וועלן זיי שפעטער זאגן אז מען האט זיי בא'עוולה'ט; פארקערט, די אלע וואס שרייען אז מען האט זיי גארנישט געגעבן וכו' - זיי קומען פון שטובער וואס מען האט זיי באמת געפייניגט, פארשעמט און גע'רודפ'ט, דאס באדערט זיי.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; בפרט היינטיגע טעג וואס עס בוזשעוועט א שטורעם ווינט און רייסט אויס יונגע און אלטע ביימער, מענטשן פאלן אוועק פון דער אמונה, מענטשן פאלן אוועק פון דרך התורה, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזינדער און מען דארף אסאך פארברענגען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.

#177 - ווי אזוי טרייסט מען זיך נאך די הסתלקות פונעם וויזניצער רבי זצ"ל? און ווי אזוי רעדט מען צו קינדער וועגן שטארבן?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון אייך סיי פון די בריוו און סיי פון די שיעורים, איך מיט מיינע חברים זענען זיך זייער מחזק דערמיט.


היינט איז נסתלק געווארן מיין גרויסער הייליגער רבי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע, און איך דארף חיזוק ווייטער אנצוגיין, איך שפיר זיך ממש פאר'יתומ'ט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן? ווי אזוי פול איך אן דעם חלל וואס איז מיר געבליבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו קליינע קינדער איבער שטארבן, מיינע קינדער פרעגן מיר וואס מיינט אז דער רבי איז נפטר געווארן, וואו טראגט מען דעם רבי'ן ביי לויה, אויך לעצטנס איז נפטר געווארן אונזער באבע, מיט וועמען די קינדער זענען געווען זייער נאנט, און כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי דאס מסביר זיין פאר זיי, זיי זענען 3 און 5 יאר אלט, פון ווען קען מען רעדן צו די קינדער וואס מיינט שטארבן? כ'וויל נישט זיי זאלן בלייבן מיט קאשמארן.


אויך קענט איר מיר אפשר שרייבן איבער די שייכות פון מיין רבי צו ברסלב, די שעות צעטלעך און זיין זאגן גמרא מאכט אים נאנט צו ברסלב, אויך האב איך געהערט נאכזאגן פון אייך אז אייער התקרבות צו מוהרא"ש איז געווען אמאל ביים וויזניצן רבינ'ס טיש, און אויך אז ער איז געשטאנען צו אייער זייט אז מ'זאל נישט ארויסקומען קעגן אייך ווען מ'האט געפירט א מחלוקת קעגן די ישיבה, אויב איר קענט מיר מער דערציילן דערוועגן.


יישר כח פאר אלעס.


חיים מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נָפְלָה עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ, אוֹי לָנוּ כִּי חָטָאנוּ; מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש, מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש - נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים, דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון דער וועלט; ער ווייינט אויף זיך, וואס וועט זיין מיט אונז? ווען וועלן מיר זיך שוין אויפהייבן פון אונזער בלאטע? ווען וועלן מיר שוין אפלאזן אלע נארישקייטן? דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.


די רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות, ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים, מען רופט אויס אין הימל: "מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה, מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער"; די רחמנות איז אויף אונז.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה ווי אזוי מיר קענען וויסן א סימן פון אן ערליכער איד, איך ברענג דיר אראפ דעם לשון: "נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער וויזניצער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט פארלאנגען פון יעדן חסיד - פון גרויס ביז קליין - מען זאל לערנען די הייליגע תורה; ער האט פארלאנגט א שעות צעטל און יעדער חסיד האט זיך געדארפט פארשרייבן יעדן טאג וויפיל שעה ער לערנט, אזוי פלעגט ער זיי מחזק זיין צו לערנען די תורה. ער האט נישט געמאכט קיין אונטערשייד צווישן עשירים און ארימעלייט; ער האט קיינעם נישט גע'חנפ'עט, נאר יעדער האט געדארפט לערנען.


בנוגע רעדן צו קינדער פון שטארבן וכו'; עס איז נישט כדאי צו רעדן אין שטוב פון יום המיתה און זיכער נישט מיט קינדער. זע אריין צו ברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹך שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט אין א פלאץ וואו מען פריידט זיך; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועט זיין ביי דיר אין שטוב השראת השכינה און אז עס איז דא אין שטוב אן השראת השכינה איז שוין אלעס דא אין שטוב. אזוי אויך זאלסטו רעדן מיט זיי וואס א צדיק איז; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק צו וועלן ווערן א צדיק.


עס איז באוואוסט דער סיפור פונעם הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו אז ער האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד. מען הייבט אן טראכטן: "איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד", "איך וויל אויך זיין א צדיק", מען הייבט אן זינגען: "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין אן ערליכער איד"; "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין א גרויסער צדיק".


איך פלעג גיין זייער אסאך צום טיש פרייטאג צו נאכטס אלץ בחור און אויך אלץ אינגערמאן, אזוי אויך פלעג איך מיטהאלטן ביים מוצאי תשעה באב טיש דעם סיום הש"ס. אויך ווען מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א פלעגט גיין באזוכן דעם וויזניצער רבי זי"ע פלעג איך שטענדיג מיט גיין.


ווען איך האב געעפענט די ישיבה איז אויף מיר אריבער גרויסע מחלוקת; מען האט געמאכט הפגנות און פארשפרייט כתבי פלסתר, מען האט איינגעגעבן מסירות וכו' וכו'. אזוי אויך איז מען דעמאלט ארום געגאנגען צו אלע רבנים אז מען זאל ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן מיר; מען איז געזעצן טעג און וואכן ביים וויזניצער רבי, מען האט אים געמוטשעט ער זאל אונטער שרייבן קעגן די ישיבה, אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן (עס איז דא אסאך צו פארציילן, אבער אין כאן המקום להאריך).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין דבוק אין אמת'ע צדיקים און גיין אין זייערע וועגן, ביז משיח וועט קומען און אונז אויסלייזן פון גלות, אמן.

#176 - איך עס מרור מיט מיינע קינדער
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מיינע קינדער געבן מיר עסן מרור, און כאטש וואס יעצט ווילן זיי האבן קשר מיט מיר, בין איך אבער נמאס געווארן פון זיי. ס'קען זיין אז איך אנטלויף פאר שלחן עורך, אבער איך שפיר אז איך האב מער נישט קיין כח צו זיי, איך מאך אסאך התבודדות וועגן דעם, איך פיל אבער אז ס'העלפט נישט.


איך וועל אייך געבן א משל וואס איך האב געהאט די וואך. איין טאג בין איך געווען ממש איבערגעפילט מיט צער און איך בין געגאנגען זיך אויסרעדן מיין הארץ צום אייבערשטן, איך האב געשפירט ווי איך האב ארויסגעגעבן מיין גאנצע צער, ווען איך בין אבער צוריק געקומען האב איך געטראפן מיין זון נאך ליגן אין בעט, דאס האט מיר אזוי אויפגערעגט, אז די גאנצע שעה התבודדות איז געווען לא נודע כי באו אל קרבנה.


ביטע העלפט מיר ארויס. יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הייב אן טראכטן אז עפעס גייט פאר מיט דיר... זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן אבער איך הייב אן פארשטיין דיינע קינדער. אויב דו ביסט א מענטש וואס רעגט זיך אויף ווען דו זעסט דיין זון שלאפן וכו' דארפסטו קודם אסאך ארבעטן אויף דיר פאר דו ביסט פארנומען מיט דיינע קינדער.


נאכן ליינען דיין בריוו פארשטיי איך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות התבודדות, סימן ב): "עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת וּמַפְנֶה לִבּוֹ לְבַטָּלָה, בָּא לְכַעַס"; זיי מיר מסביר וואס עס שטערט דיר אז דיין זון שלאפט זיך אויס אביסל? דו שרייבסט אז דאס האט דיר זייער אויפגערעגט; פריי דיך אז דיין זון קומט אהיים, ער שפירט זיך גוט אין שטוב און ער לויפט נישט אוועק וכו'.


דו האסט מיר שוין געשריבן זייער אסאך בריוו אז דו דארפסט חיזוק מיט דיינע קינדער, אז צוויי קינדער זענען אנטלאפן פון שטוב און יעצט זאגט דער דריטער אז ער גייט אוועק גיין וכו'; יעצט זע איך אז דו ביסט נישט גערעכט. קודם כל וואס הייסט "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"? דו שרייבסט אז זיי ווילן האבן קשר מיט דיר אבער "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"; אז דו ביסט נמאס פון זיי פארוואס זאלן זיי וועלן זיין אין שטוב? קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן.


ווען דו גייסט התבודדות זאלסטו קודם בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, אז דו זאלסט לעבן מיט ישוב הדעת, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און דו זאלסט לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אז דיין גאנצע התבודדות וועט זיין נאר אויף דיר וועסטו זיך נישט אויפרעגן נאכן גיין התבודדות, פארקערט, דו וועסט ווערן בטל צום אייבערשטן, גארנישט וועט דיר שטערן און גארנישט וועט דיר קענען אויפרעגן.


אודאי זאלסטו בעטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן דיר ברענגען נחת וכו', אבער דער עיקר זאלסטו בעטן אז דו זאלסט לעבן מיט אמונה, דו זאלסט וויסן מיט א קלארקייט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן לה): "כַּעַס בָּא עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת שֶׁאֵינוֹ כָּרָאוּי", אז דו וועסט בעטן אויף אמונה וועסטו זיך נישט אויפרעגן ווען עפעס וועט גיין אקעגן דיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - וואס טו איך אז נאך א בחור גליטשט זיך מיר ארויס פון האנט?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך האב שוין געשריבן פאר אייך אסאך איבער מיינע צוויי בחורים וואס מאכן מיר פראבלעמען און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין. יעצט האב איך מיין דריטער בחור, א בר מצוה בחור, וואס סטראשעט מיר אויך צו מאכן צרות, איך גיי ממש ארויס פון די כלים און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קענט איר מיר ארויס העלפן?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויין מיט מיט דיר און איך בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זען נחת פון אלע דיינע קינדער; אלע דיינע קינדער זאלן תשובה טון און זיך צוריקקערן צום דרך התורה.


איך בעט דיר טייערער ברודער: "דראפע זיך און דערהאלט זיך"; מיט תפילה קען מען אלעסדינג פועל'ן, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות און מען דארף אויסווארטן אויף די ישועה. וואויל איז דעם מענטש וואס בעט דעם אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך; ער לאזט נישט אפ דעם אייבערשטן און ער געבט נישט אויף. אפילו ווען ער זעט נאך נישט די ישועה - דאך איז ער זיך נישט מייאש.


נעם דעם ספר המידות און לערן דעם אות בנים; דער רבי האט עצות און סגולות אויף יעדע זאך, זיי מקיים וואס דארט שטייט וועסטו זוכה זיין צו זען נחת פון זיי.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ צַעַר גִּדּוּל בָּנִים, יִקְרָא בְּכָל יוֹם מַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית"; פאלג דעם רבי'ן מיט א תמימות וועסטו זוכה זיין אז אלע דיינע קינדער וועלן דיר ברענגען נאר נחת.

#174 - מיינע קינדער פאלן אוועק, ווייל איך באלאנג נישט צו א ספעציעלע חסידות?
חינוך הילדים, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן צום ראש ישיבה איבער מיינע פראבלעמען וואס פלאגן מיר מיט מיינע קינדער, מיין עלטסטער בחור האט פארלאזט די שטוב, און כאטש וואס איך האלט נאך אן א נאנטע קשר מיט אים, מיר האבן א שיעור אין משניות יעדן טאג אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה, אלע מיינע חברים וועלכע האבן אויך קינדער אין די יארגאנג טוען שוין שידוכים, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך באלאנג נישט צו קיין ספעציעלע חסידות, נאר צו כלל חסידי. כאטש וואס איך האב יא א רבי וועמען איך פרעג שאלות, און מיינע קינדער גייען צו אים, האט ער אבער נישט קיין חסידות. און דעריבער הער איך אסאך פון מענטשן וואס טשעפען מיר אז די סיבה פארוואס איך בין נישט מצליח מיט די קינדער איז ווייל איך באלאנג נישט צו א חסידות, און די קינדער שפירן נישט אז זיי זאלן האבן א פלאץ וואו זיי באלאנגען. עס קען טאקע זיין אז זיי זענען אפשר גערעכט, וואס זאל איך אבער טון אז מיין טאטע האט מיר געשיקט צו אזעלכע ישיבות וואס דארט בלייבט מען נאר כלל חסידי?


אפשר קענט איר ארויסהעלפן און זאגן אויב דאס איז טאקע דער אמת, און אויב יא, וואס איך קען טון צו דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער חבר, יעצט איז נישט קיין צייט פון זיך באשולדיגן וכו', דאס אלעס וואס מענטשן זאגן דיר איז הבל הבלים.


מען זעט אין די תורה אז אפילו פרעה, ווען ער האט געהאט זיין שלעכטע חלום האט ער אויך געוואוסט אז אלע פותרי חלומות זענען הבל הבלים און ער האט נאר אויסגעהערט יוסף. ווען יוסף הצדיק איז געקומען און אים פותר חלום געווען האט ער אים אויסגעהערט און געזאגט (בראשית מא, לח): "הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ?" זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס האט באוואויגן פרעה אויסצוהערן נאר יוסף הצדיק? נאר ווילאנג א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטער איז אלעס נארישקייטן און אפילו פרעה, דער גוי טמא, האט דאס אויך פארשטאנען. די אנדערע פותרי חלומות האבן אים געזאגט: "דו גייסט האבן זיבן טעכטער און זיי גייען שטארבן", אדער: "דו גייסט איינעמען זיבן שטעט וכו'", שטייט (שם, ח): "וְאֵין פּוֹתֵר אוֹתָם לְפַרְעֹה", זאגט רש"י: "פּוֹתְרִים הָיוּ אוֹתָם, אֲבָל לֹא לְפַרְעֹה, שֶׁלֹא הָיָה קוֹלָן נִכְנַס בְּאָזְנָיו, וְלֹא הָיָה לוֹ קוֹרַת רוּחַ בְּפִּתְרוֹנָם", זיי האבן אים פותר חלום געווען אבער עס איז נישט אריין אין פרעה'ס אויער; ווייל ווי לאנג מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז אלעס נארישקייטן.


ווען יוסף האט געזאגט (שם, טז): "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה", איך ווייס גארנישט, נאר וואס דער אייבערשטער וועט מיר מאכן פארשטיין וועל איך זאגן פאר פרעה. אדער ווען פרעה האט געענדיגט פארציילן זיין חלום האט יוסף געזאגט (שם, כה): "אֵת אֲשֶׁר הָאֱלֹקִים עֹשֶׂה, הִגִּיד לְפַרְעֹה", וואס דער אייבערשטער גייט טון האט פרעה זיך גע'חלומ'ט; האט פרעה גלייך פארשטאנען אז דער מענטש רעדט צום זאך.


דערפאר בעט איך דיר ליבער טייערער חבר, הער זיך אויף צו באשולדיגן וכו', דאס וועט דיר נאר אריין ווארפן אין עצבות און אין מרה שחורה. דער אייבערשטער פירט דער וועלט און מיר ווייסן גארנישט וואס, ווען און וואו.


וואויל איז דיר אז דו האסט א רבי וועם דו פרעגסט דיינע שאלות און דיינע קינדער גייען צו אים נעמען יראת שמים און חיזוק. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין חינוך, צו ווייזן פאר קינדער אז מען האט אן ערליכער איד מיט וועם מען איז זיך שואל עצה וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי און פרעגט פון זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים - פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי אין תורה.


די אלע וואס גיין צו רבי'ס בשעת זיי אליינס לאכן פון דעם אין שטוב, דאס איז דער גרעסטער הירוס אין חינוך. ווייל מען איז מחנך קינדער אז אלעס איז שקר רחמנא לצלן.


מענטשן מאכן חרוב מיט זייערע אייגענע הענט זייערע קינדער מיט דעם פארקרומטן שיטה אז מען דארף באלאנגען ערגעץ אפילו עס איז שקר; דאס איז אנקעגן די תורה און אנקעגן די שכל, ווייל די קינדער זיצן שבת ביים טיש און הערן כל מיני ליצנות וכו' און נאכדעם הייסט אים זיין טאטע גיין צו דעם רבי'ן, זעט דער קינד אז אלעס איז בלאף השם ישמרינו.


אויב דו ווילסט נחת פון דיינע קינדער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער? האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט ביי תיקון חצות האב איך אנגעפילט א גלאז מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, אזוי האב איך זוכה געווען צו דעם".


דאס זעלבע דערציילט מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו; ער האט געהאט צען קינדער וואס אלע זענען געווען ערליכע אידן און בעלי מידות טובות וכו'. ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האט איר זוכה געווען צו דעם?" האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפ געריסן פון בוים? איך האב יעדע נאכט געוויינט צום אייבערשטן, איך האב אנגעפילט מיין קאפל מיט מיינע טרערן און איך האב זיך אפגעוואשן מיין פנים מיט די טרערן".


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; זע אז עס זאל הערשן א פאזעטיווער לופט ביי ענק אין שטוב. ווען דו שפירסט אז דו דארפסט וויינען זאלסטו טון וואס יוסף האט געטון (בראשית מג, ל): "וַיְבַקֵּשׁ לִבְכּוֹת, וַיָּבֹא הַחַדְרָה, וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", ווען יוסף האט געשפירט ווי ער דארף וויינען, איז ער ארויס אין א זייטיגע צימער און דארט האט ער געוויינט; איך בעט דיר, זיי שטארק מיט אלע דיינע כוחות און זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין שטוב.


חוץ פון דיין שיעור וואס דו לערנסט מיט דיין זון זאלסטו זען צו שמועסן מיט אים סתם זאכן; נייעס וכדומה לזה. די קשר צווישן דיר און אים דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי דיינע אייניקלעך בקרוב, אמן.

#173 - א כשר'ע סמארטפאון מיט א פילטער, וועט שאטן פאר מיינע קינדער?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך בין ממש צוגעבינדען צו די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי.


איך בין א אינגערמאן מיט א ווייב און קינדער ב"ה, איך האב א שיינע פרנסה און איך לערן א האלבן טאג. צו מיין ארבעט האב איך א סמארטפאון מיט זייער א גוטע פילטער פון מיין קהלה, עס האט נישט קיין גוגל, ווידיא, סאושעל מידיא, וואטסאפ גראפס, און אזוי ווייטער, נאר די וויכטיגע אפליקאציעס וואס איך דארף האבן פאר די ארבעט, און איך נוץ עס טאקע נאר פאר די ארבעט און נישט פאר נארישקייטן און ליידיג גיין.


לעצטנס האבן מיר אבער מענטשן אנגעהויבן צו זאגן אז אפילו איך האב א גוטע פילטער און איך נוץ עס נאר פאר נויטיג, איז עס אבער נאכאלץ נישט גוט פאר די קינדער, ווייל זיי קענען נישט מבחין זיין וואס ס'איז יא וויכטיג און וואס נישט, וואס איז יא כשר און וואס נישט, און ביי זיי בלייבט אין קאפ אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דאס וועלן זיי וועלן נאכמאכן.


מיר איז שווער אויפצוגעבן דעם סמארטפאון וואס איך נוץ פאר די ארבעט, און אויך דארף איך האבן קשר מיט מענטשן פון חוץ לארץ פאר די ארבעט און דאס איז שווער צו טון בלויז מיט'ן רעדן אויפ'ן טעלעפאן. איך מיין אז ווען א טאטע איז מתפלל פאר זיך און פאר די קינדער, ער האט נאר געפילטערטע סמארטפאון פאר די ארבעט, און אויף צום רעדן האט ער א באזונדערע פשוטע טעלעפאן, הייסט דאס שוין אז ער האט געטון גענוג גוט וואס ער דארף צו טון, און ער דארף נישט זיין אזוי באזארגט.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן וואס ס'איז דער דרך התורה ביי דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאטע מאמע וואס ווילן זען נחת פון זייערע קינדער דארפן פארגיסן אסאך טרערן צום אייבערשטן אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטוהן די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך: "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער. דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן. א איד טאר נישט האבן ביי זיך אין שטוב א קאמפיוטער אדער סיי וואסערע כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל ביים סוף וועט מען אלעס פארלירן וכו'.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידליך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן.


דאס וואס מענטשן זאגן דיר אז קינדער זעהן ווי דער טאטע פירט זיך און אזוי וועלן זיי אויך טון, דאס איז דער פאקטישער מציאות. אזוי זאגן די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע שפילט זיך טאג און נאכט מיט זיין טעלעפאן, וועלן די קינדער זיך קויפן שטילערהייט א טעלעפאן און זיין פארנומען דערמיט טאג און נאכט. אזוי אויך, קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע לערנט און דאווענט וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.


דו שרייבסט אז דו דארפסט דאס פאר דיין ארבעט; וויסן זאלסטו אז נאך די צייט פון די ארבעט, ווען דו גייסט אהיים צו דיין שטוב דארפסטו פארמאכן וכו' און זיין פארנומען מיט דיין ווייב און קינדער. א מענטש וואס וויל נחת זען פון זיינע קינדער דארף אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב זיין קאמפיוטער; סמארטפאון וכו'; ארבעט איז ארבעט, אבער ווען מען איז אין שטוב דעמאלט נוצט מען נישט די אלע זאכן.


איך האף אז דו וועסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון; דאס וועט זיין די גרעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייל זיי וועלן זען ווי זייער טאטע איז ערליך, ער דאווענט און לערנט און נוצט זיין טעלעפאן נאר פאר זיין ארבעט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#172 - מעג מען געבן מילכיגס ביי א סעודת ברית?
חינוך הילדים, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען בילדער פון א סעודת ברית ביי אייך אין שול, און איך האב געזען אז מ'האט צוגעגרייט דארט א מילכיגע סעודה.


האב איך געוואלט פרעגן אויף דעם, ווייל ס'איז דאך אנגענומען ביי אידישע קינדער אז מ'דארף מאכן א פליישיגע סעודה, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין מגן אברהם להלכה, און דאס איז אויך א סגולה אז דאס קינד זאל לערנען גמרא וכו'.


ספעציעל אייערע תלמידים, וואס איר רעדט דאך אסאך פון די גרויסקייט פון לערנען גמרא, וואלטן זיי זיכער געדארפט מקפיד זיין צו געבן א פליישיגע סעודה וואס איז מסוגל אז דאס קינד זאל לערנען גמרא.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן לערנען גמרא דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן; עלטערן דארפן גיסן טייכן טרערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה. גוטע קינדער נעמט מען נישט אראפ פון בוים אזוי ווי מען שניידט פירות, כדי צו האבן גוטע קינדער איז נישט גענוג אז מען טוט סגולות, נאר מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען.


אויב איר זוכט א סגולה אז אייערע קינדער זאלן לערנען, איז דא א גוטע סגולה; אז דער טאטע זאל לערנען אין שטוב גמרא אויפן קול וכו'. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן; דאס הייסט, אז קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו מען הערט דעם טאטע'ן לערנען ביינאכט, וועלן זיי נישט חרוב ווערן און זיי וועלן אויך לערנען.


דער מחבר זאגט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רסה, סעיף יב): "נוֹהֲגִים לַעֲשׂוֹת סְעוּדָה בְּיוֹם הַמִּילָה", מען פירט זיך צו מאכן א סעודה ווען מען מאכט א ברית; און דער רמ"א זאגט (שם): "נָהֲגוּ לָקַחַת מִנְיָן לִסְעוּדַת מִילָה וּמִקְרֵי סְעוּדַת מִצְוָה", עס איז א סעודת מצוה; און וויבאלד א סעודה איז נאר א סעודה ווען מען עסט פלייש, דערפאר פירט מען זיך צו געבן דוקא א פליישיגע סעודה.


למעשה מאכט מען ביי אונזערע מקומות זייער פרי דעם ברית און זייער אסאך מענטשן ווילן זיך נישט פליישיג מאכן, דערפאר מאכט מען א מילכיגע סעודה און מען געבט פיש וכו', מען פארלאזט זיך אז וויבאלד מען געבט פיש הייסט דאס אויך א סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז און וואס הייסט א ברסלב'ער חסיד; מיר זאלן נישט מאכן פון טפל אן עיקר וכו'. קוק וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם, זאלסט יעדן טאג לערנען גמרא און הלכה, זאלסט נישט מאכן פון זאכן וואס זענען נישט וויכטיג אן עיקר וכו'.

#171 - ווען שבת קומט איז עס א גן עדן אדער א גהינום?
שבת קודש, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל ראטה שליט"א


איך בין געפארן מיט א היטש אין א קאר און עס האט דארט געארבעט א וואונדערליכע סידי פון אמונה און חיזוק, וואס דאס איז דרך אגב געווען א גרויסע ישועה ווייל עס איז מיר אריבער זייער שווערע טעג, איך האב געפרעגט דארט פון וועמען די סידי איז, זאגט מען מיר אז דאס איז איינער ר' יואל ראטה, איך האב אים געפרעגט וואו מען קען עס באקומען, האט ער מיר געגעבן א קארטל פון די אלע נומערן וואו מען קען הערן שיינע שיעורים און אויך די ניגונים, איך האב זיך מחיה געווען מיט די אוצר פון שיעורים, און איך האב שוין געזען ישועות פון די אלע אמונה וואס איך האב אין מיר אריינגענומען.


האב איך געוואלט פרעגן א שאלה: עס האלט מיר אין איין שפילן אין קאפ די תנועה פון דעם ניגון "ווען שבת קומט, א גן עדן איז אין שטוב". איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, ווייל ביי מיר איז די שטוב א גהינום ווען שבת קומט. ביים שבת טיש שלאגן זיך די קינדער ארום און איך גיי ארויס פון די כלים. אויסער דעם האט עס נישט קיין פנים פון א סעודה, איך זינג זמירות אבער קיינער זינגט נישט מיט, איך זאג תורות און ס'טוט זיך א איבערקערעניש. הלואי זאלט איר מיר קענען אויסלערנען ווי אזוי צו פירן א שבת טיש.


א יישר כח נאכאמאל, די שיעורים און די ניגונים האבן אין מיר אריינגעבלאזן א נייע נשמה.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער דארפן נישט קיין תורות און קינדער פארשטייען נישט קיין תורות, קינדער האבן ליב צו הערן שיינע מעשיות. דערפאר זאלסטו זיך אנגרייטן שיינע מעשיות צו דערציילן, וועסטו זען ווי אלע וועלן דיר אויסהערן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן ב): "סְגֻלָּה לְבָנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר קינדער איז זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז ווען מען האלט זיך קליין און מען לאזט זיך אראפ צו די קינדער; מען שפילט מיט זיי, מען פארציילט זיי מעשיות, מען אינטערעסירט זיך וואס זיי טוהן, דעמאלט איז מען זייער מצליח מיט זיי.


ווען א מלמד וויל אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים און מוסר, איז דא צוויי וועגן; אדער נעמען א מוסר ספר און פארלערנען יעדן טאג א פרק וכו', וואס דעמאלט וועלן בלויז אפאר קינדער אויסהערן, ווייל נישט אלע קינדער זענען אינטערעסירט וכו', אדער איז דא א קלוגער מלמד וואס הייבט אן אזוי: "קינדער, היינט זע איך אז איר זענט זייער וואויל, וועל איך ענק דערציילן זייער אן אינטערעסאנטע מעשה". און ווען ער פארציילט די מעשה האלט ער חשבון אריין צו פלעכטן מוסר אין די מעשה וכו', וואס דעמאלט האלטן אלע קינדער מיט. ווייל יעדעס קינד וויל הערן א מעשה און נישט נאר א קינד, נאר אפילו דערוואקסענע מענטשן - יעדער הערט אויס א מעשה; דערפאר, אז דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיצן ביים שבת טיש זאלסטו זיך אנגרייטן מעשיות, וועלן דיינע קינדער דיר אויסהערן.


אז מען האט שוין עלטערע קינדער קען מען אפילו פארציילן נייעס און אריין פלעכטן אין דעם אמונה מיט מידות טובות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, אפילו פון די נייעס פון די אומות העולם הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן.


חינוך איז נישט קיין גרינגע זאך, חינוך איז פון די שווערסטע ארבעט וואס א איד האט, אבער ביים סוף שניידט מען שיינע פירות. עס איז דא צוויי וועגן אין לעבן, איין וועג איז קצרה וארוכה - מען מאכט זיך גרינג אנהייב לעבן, מען לייגט נישט אריין כוחות אין חינוך, מען געבט זיך נישט אפ מיט זיי, נאר מען זוכט ווי מען קען פטור ווערן פון פארברענגען מיט די קינדער. עס איז טאקע קצרה, אבער שפעטער איז עס ארוכה, ווייל מען וועט חרטה האבן. נאכדעם איז דא א דרך ארוכה וקצרה - מען ארבעט שווער מיט זיי, מען ענטפערט זיי זייערע קשיות, מען האט געדולד צו זייערע מעשיות וכו', דעמאלט וועט שפעטער זיין קצרה.


בעט דעם אייבערשטן אז ביי דיר זאל אויך זיין ווי דער ניגון גייט: "ווען שבת קומט, א גן עדן איז אין שטוב".

#170 - ווי אזוי לערן איך מיט די קינדער ביי אבות ובנים, ווען איך פארשטיי נישט קיין גמרא?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער נתעורר געווארן פון די קליפ וואס ווייזט ווי טאטע'ס געבן זיך נישט אפ מיט די קינדער נאר זיי זענען פארנומען מיט די סמארט פאון, און איך פרוביר אריינצולייגן מער צייט אין מיינע קינדער.


איך האב א שאלה, עס איז דא 'אבות ובנים' ביי אונז אין שול יעדן מוצאי שבת, איך זיץ מיט אלע מיינע קינדער, איך קען אבער נישט קיין גמרא, און איך פארשטיי נישט וואס זיי רעדן. זאל איך פשוט זיצן און שמועסן מיט זיי? אדער זאל איך זיי פארהערן נאר חומש רש"י וואס דאס קען איך יא ב"ה?


אויך וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב 4 אינגלעך, יעדער אין אן אנדערע עלטער, וויפיל צייט זאל איך געבן פאר יעדן פון זיי ביי אבות ובנים?


איך קען נישט קיין חינוך, איך פרוביר זיך צו לערנען אביסל פון אייערע שיעורים.


יישר כח פאר אלעס.


זלמן לייב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן לייב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק אביסל צייט פאר דיינע קינדער צו איבערגיין מיט זיי וואס זיי האבן געלערנט אין חדר דורכאויס די וואך, דאס וועט דיר ברענגען נחת פון דיינע קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן.


א טאטע וואס געבט נישט אוועק פאר זיינע קינדער לכל הפחות איין שעה א וואך זיך צו אינטערעסירן וואס די קינדער מאכן, וואס זיי לערנען וכו' און שמועסט אביסל מיט זיי וכו', דער וועט זיך רייסן די האר פון קאפ ווען זיינע קינדער וועלן עלטער ווערן; קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, נאר אז מען געבט זיך אפ מיט זיי אין זייערע יונגע יארן וועלן זיי וואקסן שיינע פירות.


דאס וואס דו זאגט אז דו קענסט נישט קיין גמרא וכו'; קודם כל היינט איז דא גמרא'ס מיט טייטש אויף אלע שפראכן, אזוי אז אפילו איינער וואס האט נישט געלערנט אין די יונגע יארן קען אויך פארשטיין מער ווייניגער פון וואס די גמרא רעדט זיך. צווייטנס דארפסטו וויסן, אז דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז נישט אז מען זאל דעמאלט פארהערן די קינדער, נאר דער ציל פון 'אבות ובנים' איז צו מאכן א קשר צווישן טאטע און קינד. א גאנצע וואך איז דער טאטע פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה און עס קומט נישט אויס ער זאל שמועסן מיט זיינע קינדער, האט מען געמאכט 'אבות ובנים', אז מוצאי שבת זאל יעדע טאטע זיך אוועק זעצן אין בית מדרש מיט זיינע אינגלעך, ער טאטע זאל זיי דערציילן שיינע מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די פרשה און אויסהערן די קינדער וואס זיי טוהן אין חדר וכו'.


אז מען האט א שטוב מיט קינדער הייבט מען אן פון די יונגערע, ווייל זיי דארפן דאס מער און מען לערנט מיט יעדן קינד אביסל וכו'; פארשטייט זיך אז מען טאר נישט מאכן קיין אויסנאם פון איין קינד מער פון די אנדערע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "לְעוֹלָם אַל יְשַׁנֶּה אָדָם בְּנוֹ בֵּין הַבָּנִים", נאר מען דארף יעדן איינעם געבן אייניג אויפמערקזאמקייט. אויב מען האט א קינד וואס ער מוטשעט זיך מער וכו', דארף מען אים מער ארויסהעלפן וכו'. דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז אז דער טאטע זאל אויסהערן זיינע קינדער וואס זיי טוהן א גאנצע וואך וכו' און זיי ארויסהעלפן וכו', מען דארף זיי נישט פארהערן.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק א שעה יעדע מוצאי שבת ביי 'אבות ובנים' פאר דיינע קינדער. קינדער הערן אויס יעדעס ווארט וואס זייער טאטע רעדט צו זיי, בפרט קליינע קינדער; זיי איז נישט קיין חילוק צו דער טאטע איז א תלמיד חכם אדער א פשוט'ער מענטש, קינדער הערן אויס זייער טאטע יעדעס ווארט וואס ער זאגט זיי.


גיי איבער די פרשה מיט דיינע קינדער און לאז דיר אראפ צו זיי, וועסטו שעפן פון זיי נחת. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב' סימן ב): "סְגֻלָּה לַבָּנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר קינדער איז זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אז מען האלט זיך קליין און מען לאזט זיך אראפ צו די קינדער, מען שפילט מיט זיי, מען פארציילט זיי מעשיות, מען אינטערעסירט זיך וואס זיי טוהן - דעמאלט איז מען זייער מצליח מיט זיי.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער, וואויל איז פאר עלטערן וואס בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער.

#169 - מיין ווייב רעדט זיך אפ אסאך, וואס זאג איך איר?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל: ב"ה די האט-ליין איז מורא'דיג, די שיעורים זענען געוואלדיג!


יעצט צום ענין: איך האלט אז איך האב גוט מחנך געווען מיינע קינדער, און איך בין זיי ווייטער גוט מחנך, אבער מיין ווייב האלט אין איין קרעכצן: "געדענקסט דעמאלטס האבן מיר נאכגעגעבן פאר די קינד... און וועגען דעם איז ער יעצט אזוי אוון אזוי... געדענקסט אונז האבן נישט געגעבן ליבשאפט פאר די קינד און וועגען דעם איז ער אזוי..."


וויפיל איך פראביר איר צו דערמאנען אז אונזער שטוב איז ב"ה פול מיט ליבשאפט, און אז זי פארגעסט די גוטע זאכן, ווי למשל: ווען מען האט יא געשריגן אויף א קינד, געזאגט ניין פאר א קינד, און פון די אנדערע זייט געגעבן גוטע ווערטער און מחזק געווען, און מיר האבן ב"ה קיינמאל קיינמאל נישט געזאגט קיין נעגאטיווע זאך פאר א קינד, ווערט זי אבער נישט בארואיגט דערפון, און זי רעדט זיך ווייטער אפ.


איך מיין אז איר פראבלעם שאפט זיך פון דעם אז ב"ה אונזער שטוב איז אזוי קריסטאל, און זי ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין אנדערע שטובער ווי די עלטערן האבן בכלל נישט קיין השגה ווי אזוי צו זיין א ביישפיל פאר די קינדער, ווי אזוי צו זיין סיי שטרענג און סיי ווארעם, און די קינדער וואקסן אויף פצועים בגוף ובנפש.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט איר? און וואס זאל איך איר זאגן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א שיינע שטוב אזוי ווי דו דרוקסט זיך אויס אין דיין בריוו: "אונזער שטוב איז ווי קריסטאל", וואס דארפסטו זיך זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן? דאנק דעם אייבערשטן אגאנצן טאג פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין שטוב וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א) אז דער יצר הרע איז זיך מתלבש אין מצוות און אזוי פארנארט ער דעם מענטש אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן; ווייל ווען דער יצר הרע זעט אז ער קען נישט בייקומען א מענטש, רעדט ער אים איין מיט זיינע פרומקייטן אז ער זאל מאכן א מחלוקת וכו'. דער מענטש ווייסט נישט אז דער יצר הרע רעדט אים דאס איין און ער הייבט זיך אן צו קריגן מיט די ווייב, ער מיינט אז דאס איז לשם שמים און אזוי כאפט אים דער יצר הרע אריין אין זיין נעץ. אבער א מענטש מיט אביסל שכל ווייסט און געדענקט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי זיך צו קריגן - אפילו לשם שמים, ווייל מחלוקת איז פון די סטרא אחרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו):"בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן".


וויסן זאלסטו, ווען דיין ווייב קאמפלעינט אז די קינדער פירן זיך נישט אויף גוט וכו' מיינט זי נישט זיך צו טענה'ען מיט דיר וכו', נאר זי וויל אז דו זאלסט איר אויסהערן און מחזק זיין אז עס איז יא גוט. עס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן אין לעבן, ווען די ווייב רעדט זיך אפ וכו' מיינט מען אז מען האט א ווייב א קאמפלעינער. מען מיינט אז מען איז אריין געפאלן מיט א פרוי וואס זוכט זיך שטענדיג אפצורעדן, אבער עס איז נישט אזוי. ווען א פרוי רעדט זיך אפ איז נישט פשט אז זי וויל זיך אפרעדן, זי וויל קאמפלעינען וכו', נאר זי וויל הערן אז עס איז יא גוט, זי וויל הערן פאזעטיווע ווערטער. אנשטאט זי זאל בעטן איר מאן: "געב מיר חיזוק", "זאג מיר אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן"; זאגט זי עס אויף א וועג וואס הערט זיך ווי טענות: "וואס וועט זיין?" "עס איז נישט דא קיין געלט", "די קינדער טויגן נישט"; אבער באמת איז דאס נאר ווייל זי וויל הערן שיינע פאזעטיווע ווערטער, זי וויל הערן ווי דו זאגסט: "עס איז נישט עק וועלט"; זי וויל הערן "עס איז נישט אזוי געפערליך", "באלד וועט זיין געלט", "די קינדער זענען זייער טייער".


געדענק אז א פרוי איז א גאנצן טאג אין שטוב מיט די קינדער, זי גייט נישט ארויס דריי מאל א טאג אין שול, מה שאין כן דער מאן טרעפט זיך מיט חברים, מען הערט דא א גוט ווארט, דארט א גוט ווארט. ווי אויך גייט זי נישט אין שול שבת הערן גוטע דיבורים און התחזקות וכו', זי האט נאר איין פלאץ ווי זי קען הערן התחזקות - פון איר מאן. אויב דער מאן האט שכל, ער איז מחזק זיין ווייב און ער בויט איר אויף, דעמאלט דארף די פרוי גארנישט, זי וועט נישט קאמפלעינען און זי וועט זיך נישט אפרעדן אזוי פיל.


קוק וואס ר' נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסד) ווי דער רבי האט אונז געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף זיי, ווייל פרויען גיין אריבער זייער פיל צער פון אויפהאדעווען די קינדער וכו'.


צו האבן שלום בית דארף מען נישט מער ווי א ברעקעלע שכל; מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן וכו'. די וועלט זאגט אז שכל קען מען נישט באקומען, אבער עס איז נישט אזוי, נאר מען קען יא באקומען שכל. ווען א מענטש גיסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין צו באקומען שכל, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ נֹכַח פְּנֵי ה'" - איז שכל; ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וועט ער זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דערפאר, אז דו ווילסט ווייטער ממשיך זיין אז "דיין שטוב זאל בלייבן קריסטאל" זאלסטו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און טון וואס ער האט אונז געהייסן; זאלסט זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. פון איין זייט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און פון דער אנדערע זייט זאלסטו אים בעטן ברחמים ובתחנונים אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב, דו זאלסט וויסן אז מען דארף זיין א וותרן, מען דארף נישט אלץ זיין גערעכט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן.

#168 - זאל איך שיקן מיין בחור צו עקטן אויף א פלעי?
חינוך הילדים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א בחור פון 14 יאר אלט, און מיין ברודער האט מיר געבעטן אויב איך קען אים שיקן צו עקטן אויף א פלעי וואס ער מאכט.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א פראבלעים מיט דעם?


יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי, ווייל דאס וועט אים אוועק נעמען זיין קאפ פון לערנען און דאווענען.


די אלע וואס מאכן פלעיס זענען גרויסע לצים און עס איז נישט קיין פלאץ פון יראת שמים וכו'.


איינמאל א מענטש פאלט אריין אין ליצנות איז אים זייער שווער ארויס צו קריכן פון דארט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב', הלכה ח): "קָשָׁה הִיא הַלֵּיצָנוּת, שֶׁתְּחִלָּתָהּ יִסּוּרִין וְסוֹפָהּ כְּלָיָה", ליצנות איז אזוי שלעכט אז דאס רייסט אויס א מענטש פון דער וועלט; צי וואס פעלט דיר אויס אז דיין בחור וואס האט יעצט בר מצווה געהאט זאל זיך דרייען מיט זיי? ער וועט נישט קענען מיטהאלטן וואס מען לערנט אין ישיבה פאר לאנגע חדשים; אלע חדשים ביזן פלעי וועט ער נישט קענען דאווענען און לערנען ווייל זיין קאפ וועט אים זיין ביי די פלעי. און אפילו נאכן פלעי וועט ער שוין בלייבן פארטראכט וכו'.


עס זענען דא עלטערן וואס האבן נישט קיין כח אז די קינדער זאלן זיצן מיט זיי אין שטוב, זוכן זיי וואו זיי קענען שיקן די קינדער ביינאכט; איינער שיקט דעם קינד זיך צו לערנען שפילן אינסטרומענטן וכו', א צווייטער שיקט זיינע קינדער זיך לערנען א צווייטע זאך; אלעס וועט מען טון אבי דער קינד זאל זיך נישט דרייען מיט די עלטערן. דאס איז נישט קיין גוטע וועג, ווייל ווי מער מען פארברענגט מיט די קינדער אלץ מער וואקסן זיי אויף געזונט און שטארק ברוחניות ובגשמיות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.

#167 - ווי אזוי און וואס דארף א לערערין רעדן אין קלאס צו די מיידלעך?
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אידיש לערערין, איך האב מיידלעך פון 14 15 יאר, איך הער אייערע שיעורים און איך לערן מיט די מיידלעך די לימודים וואס איר לערנט, אסאך מיידלעך באמערקן עס, ווייל זיי הערן אויך אויס די שיעורים, און זיי ווייסן אז עס מוז זיין אז די אלע שיינע זאכן וואס איך זאג קומט פון דא.


איך וויל וויסן ווי אזוי מען נעמט די קוראזש צו רעדן צו די מיידלעך עניני צניעות און עניני קדושה, יעדן טאג איידער איך גיי אריין אין קלאס, בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל היינט רעדן, אבער איך קען נישט. איך ווייס אז מ'מוז רעדן און איך פארשטיי זייער גוט וואס איר זענט מרמז ביי די שיעורים, אז א לערערין מוז רעדן אפן, אבער ווי אזוי? עס איז ממש נישט מעגליך!


ח. ב.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ח. ב. תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מחנך אידישע קינדער אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זוכה געווען צו אזא הייליגע ארבעט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א לערערין האט. ווייל א לערערין פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוהן גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פון די לערערין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט געבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר יעדע מיידל, בפרט פאר די וואס קיינער קוקט נישט אויף זיי, פאר די וואס קומען פון משפחות וואס מען רעכענט זיך נישט מיט זיי, זיי דארפן זייער וויכטיג מען זאל זיי זאגן א גוט ווארט, ווייל עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי דאס געבן.


עס זענען ליידער דא טיטשערס וואס וועלן זיך נעמען אויף א מיידל פון א משפחה וואס מען האט נישט מורא אז די מאמע וועט פארפירן, און מיט די מיידל שלאגט מען כפרות ווען מען האט א שווערע טאג וכו', מען לאזט אויס די נערוון אויף די סארט מיידלעך רחמנא לצלן; איר זאלט זייער אכטונג געבן צו גיין פארקערט פון דעם, דוקא פאר די צעבראכענע מיידלעך דארף מען בעיקר ווייזן א שמייכל און געבן גוטע ווערטער, פאר זיי דארף מען געבן ליבשאפט.


אויב מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע קינדער דעמאלט הייסט מען א ריכטיגע מנהיג ישראל; חכמינו זכרונו לברכה פארציילן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): דוד המלך איז געווען א פאסטוך אלץ יונגער בחור; ער פלעגט שטענדיג אכטונג געבן אויף די שוואכע און יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שאף צו פאשענען ווייל זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און זיי קענען נישט עסן פון די אונטערשטע חלק פון די תבואה וואס דארט איז זייער הארט, אז זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געפענט די טיר פאר די מיטעלע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציינער, זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, נאכדעם האט ער ארויסגענומען די עלסטע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציינער און זיי קענען עסן די הארטע תבואה און אויסרייסן די ווארצלען. האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: "דוד, איך זע ווי דו האסט רחמנות אויף שעפעלעך, דו ביסט ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל", אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): "מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ".


א טיטשער דארף לעבן מיט די קלאס; א טיטשער קען נישט זיין נאר טיטשער מיט דעם וואס זי לערנט וואס מען דארף לערנען. א טיטשער דארף וויסן וואס עס טוט זיך צווישן די מיידלעך, א טיטשער דארף בודק זיין אויב עס איז דא א מיידל וואס טרעט אויף אנדערע, אפשר האבן די מיידלעך מורא פון געוויסע מיידלעך וואס טשעפען וכו', דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויסלערנען פאר די מיידלעך מידות טובות.


איך כאפ אן א ביישפיל, מען דארף אויסלערנען מיידלעך - בפרט קליינע מיידלעך, אז מען טאר נישט זאגן קיין סודות אין קלאס, אדער ווען א צווייטע מיידל שטייט נעבן דיר, און מען לייגט דאס אראפ מיט מעשיות וכו', ווייל דאס הייסט טשעפען.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי מען האט די שטארקייט צו רעדן צו די תלמידות פון קדושה וכו'; עס איז דא א מאמר החכם: "הַהֶכְרֵחַ לֹא יְגֻנֶּה", אז מען דארף רעדן פון דעם האט מען נישט קיין ברירה. איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן פון די ענינים וכו', מיר איז אויך זייער שווער צו רעדן צו די בחורים פון קדושה, ווייל מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט, אבער פָּטוּר בְּלֹא כְּלוּם אִי אֶפְשַׁר - מען מוז רעדן.


ווער עס איז עוסק מיט מענטשן וכו', ווייסט אז מען וואלט ווען געקענט אינשפארן אסאך צרות דורך דעם וואס מען רעדט צו קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מנוולים; זייער אסאך מאל איז דא שלום בית פראבלעמען, און מען פרובירט צו זען פארוואס די מאן און ווייב לעבן נישט צוזאמען וכו', ביז מען דערוויסט זיך אז דא האט איינער געטשעפעט וכו'. דאס זעלבע דארף מען רעדן צו מיידלעך זיי זאלן זיך פירן איידל צווישן זיך אליינס וד"ל, ווייל אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט, און אז מען ווייסט נישט קומט מען צו צו טון כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם רחמנא לצלן.


ווען מען דארף אמאל געבן א קנס פאר א מיידל, טאר מען נישט קנס'ענען מיט הייסן זאגן תהילים וכדומה; ווייל ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועלן זיי נישט וועלן זאגן תהילים, עס וועט בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין מח אז תהילים איז א קנס. מען קנס'עט למשל, אז אויב דו וועסט נישט טון וואס אלע טוהן וכו', וועסטו דארפן זיצן דא אין קלאס ווען מען גייט לאנטש וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט

#166 - סדר דרך הלימוד, חינוך הבנות, לימוד ספרי רבינו, שיעורים בארץ ישראל
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, לעצטנס בין איך זיך זייער מחזק מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, איך הער אויס יעדן טאג עטליכע שעה פון די דרשות, און איך וויל אייך דאנקען פון טיפן הארצן פאר אלעס וואס איר העלפט מיר אזוי שטארק ארויס, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן ווערן געהאלפן און מחוזק פון די דרשות און שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן:


א. אזוי בין איך בין א כולל אינגערמאן, און איך לערן צוויי סדרים אין כולל במשך דעם טאג, וויל איך וויסן אויס דער "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן איז אויך נוגע פאר מיר, אדער איז דאס נאר פאר מענטשן וואס לערנען נישט א גאנצן טאג.


ב. עס איז מיר לעצטנס געבוירן געווארן מיין ערשטע מיידל למזל טוב, וויל איך וויסן ווען עס הויבט זיך אן די חינוך ביי מיידלעך, און ווי אזוי איז מען זיי מחנך, לויט די השקפה פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.


ג. אזוי ווי איך האב אנגעהויבן מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, וויל איך וויסן וועלכער ספר פון רבי'ן זאל איך קודם לערנען.


ד. רצונינו לראות את מלכינו, ס'איז דא דא אין ארץ ישראל הונדערטער און טויזנטער אידן וועלכע ווארטן בכליון עינים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל דא קומען געבן שיעורים און זיי מחזק זיין. איך בעט אייך בכל לשון של בקשה אז איר זאלט קומען אביסל דא קיין ארץ ישראל צו מחזק זיין די אידן פון דא.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


פנחס מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. דער רבי געבט אונז א וועג ווי מיר קענען זוכה זיין דורכדעם צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


דער דרך הלימוד פון רבי'ן איז א דבר השוה לכולם; סיי פאר א גוטע קאפ, און סיי פאר א שוואכע קאפ. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער פארשטייט גארנישט, און איך קען ווייזן פארן שוואכסטן קאפ אז ער קען יא לערנען".


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך בשעת מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'. אבער אז מען געוואוינט זיך צו, צו לערנען שנעלערהייט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, מען וועט קענען דורך לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, זוהר הקדוש וכו'.


דאס וואס דו פרעגסט צי דער סדר דרך הלימוד איז אויך פאר כולל אינגעלייט אדער נאר פאר שוואכע בחורים; דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז פאר יעדן איינעם, אדרבה! דער למדן און דער מתמיד, ווען זיי נעמען דעם רבינ'ס וועג פון לערנען, קענען זיי אנקומען צו גאר גרויסע זאכן. וואס זאל איך דיר זאגן, די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.


דאס וואס דו פרעגסט פון ווען עס הייבט זיך אן חינוך וכו'; מוהרא"ש זאגט: "חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן". קינדער וואס זעען ווי די עלטערן פירן זיך אויף ערליך, איידל וכו' וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן. א טאטע וואס גייט יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג, זעען דאס די קינדער, און זיי וועלן דאס נאכמאכן. אבער א טאטע וואס דאווענט נישט, אדער ער טוט א טובה ער שטעלט זיך אין שטוב ביים וואנט און מורמעלט אפאר ווערטער וכו' וכו', אן די בגדים וכו', וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען; מען געבט זיך איין דריי און די קינדער זענען גרויס, דעמאלט קען מען נישט אנכאפן א קינד און אים שלעפן ביים אויער און שרייען: 'גיי דאווענען!' נאר אז א קינד זעט ווי דער טאטע האט א געפיל צום דאווענען, ער קומט אין שול און דאוונט, ער רעדט נישט ביים דאווענען, אזא קינד וועט אויך דאווענען. אבער אז דער קינד זעט ווי דאס גאנצע דאווענען איז א ליצנות ביי זיין טאטע, וועט ער אויך נישט דאווענען.


בנוגע וואסערע ספרים דו זאלסט אנהייבן לערנען; מאך זיך א שיעור אין שיחות הר"ן, און אין חיי מוהר"ן, דאס איז גרינגער צו פארשטיין.


דאס וואס דו פרעגסט ווען איך קום אויף ארץ ישראל וכו'; עס איז זייער שווער פאר מיר איבער צו לאזן די ישיבה, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך - זיצן מיט בחורים און זיי מחזק זיין. קיינער פארשטייט נישט קיין בחורים, קיינער ווייסט נישט זייער צעבראכענע הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין ערליך און עס גייט זיי אזוי שווער.


איך האף אם ירצה ה' בקרוב צו קומען אויף א צוויי דריי טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - מעג איך לאזן מיין בחור ליינען די שאלות אויף דעם סייט?
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג לאזן מיין בחור ליינען די שאלות אויף דעם סייט, אדער איך דארף מורא האבן אז ער גייט ווערן אויפגעקלערט?


קלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד קלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו געבן פאר א בחור א קאמפיוטער, אפילו פאר דברי תורה; ווייל ער קען אנקומען דורכן קאמפיוטער צו נישט גוטע פלעצער. אויב דו ווילסט ער זאל ליינען די שאלות ותשובות, קענסטו באשטעלן פון "קרן הדפסה" די קונטרסים, מען דרוקט יעדע וואך אלע שאלות ותשובות און אלע בריוו, דאס וועט אים מחזק זיין.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט מורא ער וועט ווערן אויפגעקלערט; אויפגעקלערט איז ער שוין נעבעך פון זיינע שלעכטע חברים. אפילו דו זאלסט לעבן נאך טויזענט יאר וועסטו נישט וויסן וואס דיין זון ווייסט שוין יעצט וכו'; אויב עפעס וועט ער באקומען פון די בריוו יראת שמים, ער וועט זען אז ער קען נאך צוריק קומען צום אייבערשטן, ער וועט באקומען אביסל שכל פארן לעבן צו וויסן ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה מיט א ווייב, מיט קינדער, מיט עלטערן וכו'.


וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחזק זייערע קינדער, בפרט בחורים, וואס זיי זענען זייער ציבראכן; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך, אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט. נאר דער רבי האט פאר זיי חיזוק, דער רבי געבט אריין פאר זיי האפענונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - ביז וויפיל מעג מען זאגן פאר קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דארף מען ציטערן פון די אייגענע קינדער? הערנדיג אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ר"י זאגט אז מען דארף אריינלייגן אהבה ווייל אויב נישט קענען זיי ארויסגיין לתרבות רעה, האב איך אויפגעפאסט אז ווען איך רעד צו מיינע גרויסע קינדער ציטער איך פון זיי, איך האב א פחד אז זיי קענען אפפארן און ממש יעדעס ווארט דארף זיין געמאסטן און געוואויגן, ווייל זיי קענען מיך גוט צופיקסן...


איך לייג ב"ה אריין ליבשאפט, אבער דאך שפיר איך אז איך טו עס מער מחמת פחד. און ווער רעדט ווען איך זע אז מיין אינגל איז נישט צופרידן מיט עפעס ווער איך גאר שטארק דערשראקן, איך ווייז עס ח"ו נישט ארויס, אבער איך קלער: רחמנא ליצלן! איך לייג אפשר נישט אריין גענוג ליבשאפט, ער קען ח"ו אפפארן אין געציילטע יאר.


דער ר"י זאגט אז פאר חוצפה טאר מען נישט מוותר זיין, און זיין שטרענג. איז אבער די שאלה: נאר חוצפה? וואס טוט זיך ווען א קינד פאלגט זיין יצר הרע מיט אנדערע זאכן וואס זיין שכל איז נאכנישט משיג פארוואס מען טאר נישט, דארף מען מורא האבן אים צו זאגן קלאר: איך לאז דיר דאס נישט טון אן קיין סיבה! דו דארפסט מיך פאלגן? בקיצור, וואס איז די גבול וואס מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט אז דאס קינד איז אויפגערעגט, און ווען מען דארף וויסן אז ח"ו נישט צו פייניגן ווייל ער קען ח"ו ארויסגיין לתרבות רעה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת - שֶׁלֹא לְהִזָּהֵר"; דו זע אריין צו לייגן אסאך ליבשאפט אין דיינע קינדער, אז זיי זאלן ליב האבן צו זיין אין שטוב, זיי זאלן ליב האבן צו זיין מיט דיר וכו'. זע צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; פארצייל שיינע מעשיות ביים טיש, שמועס מיט דיינע קינדער, הער אויס זייערע מעשיות, אפילו עס איז דיר נישט אזוי אינטערעסאנט וכו', זע אז תורה ומצוות זאל זיין א פרייליכע זאך ביי דיר אין שטוב, נישט קיין וויינעדיגע זאך.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן נאכגעבן קינדער וכו'; נאכגעבן א קינד אלעס וואס ער בעט איז נישט ליבשאפט, דאס איז א שוואכקייט פון עלטערן, דאס איז א שוואכקייט פון נישט קענען זאגן ניין. קינדער וואס מען געבט זיי אלעס וואס זיי טראכטן און אלעס וואס זיי בעטן וואקסן אויף נישט געזונט, ווען זיי ווערן עלטער קענען זיי זיך נישט אויסקומען מיט דער לעבן, ווייל נישט אלעס קען מען האבן אין לעבן, אבער וויבאלד מען האט זיי נאכגעגעבן אלעס וואס זיי האבן גע'חלומ'ט, זיי האבן באקומען אלעס אויף דער וועלט, קענען זיי נישט אננעמען דעם לעבן.


דו מישט צוזאם הודו מיט כוש; אז א קינד איז אויפגערעגט ווען די עלטערן הייסן אים טון זאכן וואס ער וויל נישט, דאס הייסט נישט פייניגן; וואו קומט אריין מורא האבן אז ער וועט ארויסגיין לתרבות רעה ווען ער איז אויפגערעגט וכו', פארקערט, אז מען איז נישט מחנך קינדער, מען לאזט זיי טון וואס זיי ווילן, דעמאלט וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה, דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו פרעגסט.


פייניגן מיינט ווען עלטערן פארשעמען די קינדער, מען נעמט א קינד און מען רייסט אים אונטער; למשל, מען וויל דער קינד זאל צוזאמרוימען דאס שטוב, מען זעט אז דער קינד דרייט זיך ארויס פון פאלגן (אזוי ווי אלע געזונטע קינדער) טאר מען נישט טשעפען פערזענליך: "דו וועסט קיינמאל נישט קענען חתונה האבן", "דו ביסט א פוילער", וכו' וכו', דאס הייסט פייניגן. נאך א משל, עלטערן ווילן מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוזאמגענומען וכו', טאר מען נישט אראפ רייסן די קינדער: "דו שלאך", "דו עקעלדיגע וכו'" - דאס הייסט פייניגן.


עלטערן וואס טשעפען די קינדער, עלטערן וואס רייסן אראפ די קינדער, וועלן די קינדער נישט נאר ארויסגיין לתרבות רעה, נאר זיי וועלן אויפוואקסן נערוון קראנקע. אזוי אויך טאר מען נישט צוגלייכן איין קינד צום צווייטן; מען טאר נישט פארהאלטן א קינד: "פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי ווי דעם שכנ'ס קינד?" "פארוואס קענסטו נישט זיין צוזאמגענומען ווי יענעם?" 'ווייסט פארוואס איך קען נישט זיין ווי יענעם? ווייל איך בין איך, און יענער איז יענער'. דאס אלעס הייסט פייניגן, אבער פארלאנגען פון קינדער צו העלפן וכו', דאס דארף מען טון און דאס הייסט נישט פייניגן.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע קינדער.

#163 - מעג מען אויפהענגען בילדער פון צדיקים? מעג מען קושן די בילדער?
חינוך הילדים, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם אז איך הער אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה און די חיזוק יומי כמעט יעדן טאג, דער אויבערשטער זאל געבן כח פאר די ראש ישיבה שליט"א ווייטער ממשיך זיין מחזק זיין אידישע קינדער.


אונזער משפחה קומען פון וויען, וואו מ'פלעגט הענגען אסאך בילדער אינדערהיים, און איך האב זייער ליב אויפצוהענגען בילדער פון צדיקים און רבנים. לעצטנס האט מיר איינער געזאגט אז ס'איז נישט גוט אזוי צו טון ווייל ס'ליגט אויף בילדער א רוח הטומאה, וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע אזוי?


אויך וויל איך פרעגן אויב מ'מעג לאזן קינדער קושן די בילדער ווייל ביי אונז פלעגט מען הייסן קינדער קושן די בילדער פון צדיקים.


א גרויסן דאנק.


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם אויפצוהענגען אין שטוב בילדער פון צדיקים, אזוי ווי עס שטייט  (ישעיה ל, כ): "וְהָיוּ עֵינֶיךָ רֹאוֹת אֶת מוֹרֶיךָ"; אדרבה, מיט דעם ברענגט מען אריין קדושה אין שטוב, די קינדער וואקסן אויף פון קליינווייז אן מיט צדיקים.


עס איז באוואוסט אז דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געהייסן פאר א מנהל פון א מוסד ער זאל אויפהענגען בילדער פון צדיקים אין אלע קלאסן, אז די קינדער זאלן שטענדיג זען דעם פנים פון צדיקים, און דאס וועט ברענגען אויף זיי יראת שמים.


ביי מוהרא"ש אין שטוב האט שטענדיג געהאנגען א בילד פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און פון זיין טאטע - דער טאקיי'ער רב זכרונו לברכה.


מוהרא"ש האט געזאגט, ביי עבירות זאגן חכמינו זכרונו לברכה (מדרש במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, ברענגט דאס צו מען זאל גליסטן צו טון עבירות; איז דאך ביי בילדער פון צדיקים - וואס מדה טובה איז מרובה ממידה של פורעניות - זיכער אז דאס וועט ברענגען דעם מענטש וואס קוקט אויף א בילד פון א צדיק עס זאל זיין "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", צו גוטע זאכן, מען וועט גליסטן צו זיין א צדיק.


אויך איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים, דאס ברענגט אריין אין קינדער א ליבשאפט צו ערליכע אידן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכות כד.) אויפן פסוק (תהלים טו, ד): "וְאֶת יִרְאֵי ה' יְכַבֵּד" – "זֶה יְהוֹשָׁפָט מֶלֶך יְהוּדָה", ער פלעגט ארומהאלזן און קישן יעדן תלמיד חכם; דערפאר איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן קישן בילדער פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע גיין אין די וועגן פון צדיקי אמת וואס האבן זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#162 - דערציילט וואס ער איז אריבער אלס קינד ווען קיינער האט אים נישט אויסגעלערנט
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


אני לכאורה מבוגר ממך בשנים, ואני ב"ה איש מצליח, יש לי משפחה ועבודה ב"ה וב"ש, אבל במסתרים תבכה נפשי בנסיונות של קדושה שיש לי מאז שאני זוכר את עצמי.


אני לא חסיד של ברסלב בכלל, וגם איש נכבד במקום שאני נמצא, אבל מישהו שלח אלי קלי"פ מדרשה שאמרת לבחורים בישיבתך, ובאתי בזה לחזק ידך ולשבח מעשיך.


כשאני הייתי ילד אני זוכר שהיה לי חבר שעשיתי עמו דברים נוראים ביחד. לא הייתי ילד רע בכלל, הייתי מהכי טובים של הכיתה בחדר, מהכי הכי; אבל לא ידעתי, הייתי קצת נאיוו ולא הבנתי רמזים "כפי שאתה אומר בהדרשה שלך". אבל הכי כואב זה שבימי הבר מצוה אני זוכר שאמרתי להחבר שלי שהרבי אמר שמשהו שאינו מצוה הוא עבירה, וזה שאנחנו עושים בסתר אינו לכאורה מצוה ואולי זהו עבירה וממילה לא נעשה את זה יותר; זהו עד היכן התמימות שלי היה. [וברור לי שלא הייתי בן יחיד בזה]. ויש לי טענות גדולות על ההנהלה, אולי באם היה שם מישהו כשהייתי קטן שיהיה לו האומץ להגיד את זה ברבים, לא הייתי עובר עכשיו כשאני כבר מחתן ילדים בעיות כל כך חמורות בעניני קדושה.


ע"כ אני רק רוצה לחזק אותך בזה, ויעזור השי"ת שיהיה לך הרבה הצלחה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט הערן אזעלכע מעשיות וואס דו שרייבסט; וואס זאלן מיר טון אז מען לערנט נישט מיט קינדער און בחורים זיי זאלן זיך היטן פון עבירות, זיי זאלן זיין נזהר אין שמירת הברית... דאס דארפן מיר זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, אידישע קינדער ווילן זיין גוט, זיי ווייסן נישט וואס צו טון, מען לערנט נישט אויס פאר קינדער און בחורים וואס צו טון; אפילו די ערליכע מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן אויך נישט קלאר, מען רעדט נאר מיט רמזים, מען זאגט פאר די קינדער אז מען דארף זיין ערליך און אפגעהיטן וכו'", קינדער פארשטייען נישט וואס מיינט וכו' וכו', מען דארף רעדן קלאר און דייטליך, מען זאל וויסן וואס מען טאר נישט טון.


עס איז ידוע אז דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן אלע מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער וועגן שמירת הברית, עס איז געווען געוויסע רבנים ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, ווייל אז מען וועט רעדן וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הינדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזיכט דעם מלמד אים צו טרעפן, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן צו וויינען, איך האב זייער שטארק געוויינט 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער געזאגט פאר די מלמדים, דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט אין די לעצטערע יארן געהאט א מחלה לא עלינו אויפן פלאץ וואו מען גייט ארויס, ער האט געדארפט האבן א קאטערער ארויס צו גיין לצרכיו, און ער האט געהאט זייער שטארקע יסורים. האט דער הייליגע חתם סופר זי"ע געזאגט: "איך האב זיך מתבונן געווען פארוואס איך האב באקומען דעם שטראף, איך האב דאך קיינמאל נישט פוגם געווען בברית, נאר וויבאלד איך האב גערעדט צו ווייניג צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, איך פלעג רעדן נאר איין מאל א יאר ביי די 'כל נדרי דרשה' צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, דערפאר האב איך באקומען דעם עונש".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דערפאר זאלסטו זען צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און זיי פארשפרייטן אויף די וועלט, אז נאך אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, און אונז שיקן משיח צדקינו, ער וועט אונז לערנען אז מיר אלע זאלן תשובה טון, און ער וועט אונז אויסלייזן פון אונזער ביטערן גלות, אמן.

#161 - זאל איך קויפן א פיש טענק?
חינוך הילדים, ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע גרויסע קינדער ווילן אז איך זאל זיי קויפן א פיש טענק, וויל איך פרעגן אויב ס'איז דא עפעס א פראבלעם דערמיט פאר די חינוך פון די קינדער.


א גרויסן יישר כח.


יוחנן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוחנן נרו יאיר


עס איז נישט גוט צו האלטן אין שטוב קיין שום בעל חי, ווייל עס ברענגט נאר צרות בגשמיות וברוחניות, בפרט אויב מען פארגעסט צו געבן עסן פאר די בעלי חיים באקומט מען א גרויסער עונש.


עס איז באוואוסט די מעשה אז א פארפאלק וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער זענען געקומען צום אר"י הקדוש בעטן א ברכה אויף קינדער, האט דער אריז"ל זיי געזאגט: "דאס וואס איר האט נישט קיין קינדער איז, ווייל איר האט א הינער שטייג ביי אייך אין חצר וואו איר האדעוועט הינער, דארט איז געשטאנען א לייטער וואס אויף דעם פלעגן די הינער ארויף גיין און אראפ גיין טרינקען וואסער, אבער אזוי ווי די פרוי האט אוועק גענומען די לייטער שלא בכוונה, דערפאר איז זי געשטראפט געווארן אז זי האט נישט קיין קינדער". זעט מען ווי הארב עס איז ווען מען טשעפעט בעלי חיים.


דערפאר איז נישט כדאי צו האלטן אין שטוב קיין שום בעלי חיים; זאלסט מסביר פאר דיינע קינדער די הארבקייט פון צער בעלי חיים.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, חלק ב', סימן ד): "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִלְּצַעֵר אֶת בַּעֲלֵי חַיִּים, כִּי יַזִּיק לוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט צו טשעפען בעלי חיים, ווייל אז מען איז מצער בעלי חיים וועט עס ברענגען א היזק פארן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - מיין בחור האט א סמארטפאון, איך וויל אים הרג'ענען
חינוך הילדים, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך ווייס אז מיין בחור האט א סמארטפאון, (דער צווייטער, מיין ערשטער איז שוין ליידער אוועק געפאלן). צו פארשטיין ווי שטארק אויפגערעגט איך בין, וועל איך אייך זאגן אז איך וויל אים ממש הרג'נען, איך וויל אריינלייגן סם אין זיין עסן. וואס טו איך?


יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע דיין צער וואס דו גייסט אריבער אז איין זון איז דיר שוין ארויס געפאלן פון דיינע הענט, יעצט זעסטו ווי דיין צווייטע זון גייט אוועק פון דיר; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש האט א צרה אין שטוב, דארף ער אכטונג געבן אז עס זאל נישט ווערן פון די צרה - צרות צרורות... למשל, ווען עלטערן זעען ווי א קינד גייט אראפ פון וועג, דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו פארלירן וועגן דעם קינד - נאך קינדער, מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות נישט אריין צו פאלן אין מרה שחורה, ווער רעדט נאך פון באשולדיגן איינער דעם צווייטן. דער מאן זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב זיין ווייב, ווייל זי איז געווען צו ווייעך צום קינד, די ווייב זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב איר מאן, ווייל ער איז געווען צו שטרענג צו אים וכו', וואס פאסירט? די גאנצע משפחה צעפאלט.


ליידער הער איך זייער אסאך פון בחורים וואס פארציילן מיר אז זיי האבן נישט קיין שטוב; זייער טאטע איז שוין נישט דער אלטער טאטע, די מאמע איז שוין נישט די ווארעמע מאמע פון אמאל. זייט איינע פון די ברודערס האבן אוועק געגליטשט האבן מיר אלעס פארלוירן, מען באשולדיגט זיך אליין, אדער באשולדיגט איינער דעם צווייטן, און דאס קען גורם זיין צו פארלירן א גאנצע שטוב השם ישמרינו.


דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף דיין זון אז דו ווילסט אים פאר'סמ'ען; וויסן זאלסטו אז דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו האט געהאט א זון וואס איז אראפ פון אידישע וועג רחמנא לצלן, מיט דעם אלעם פלעגט דער הייליגער באר מים חיים אים געבן עסן, קליידער און אים געהאלטן אין שטוב וכו'. יעדן ציפרי ווען דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז אויפגעשטאנען, האט ער געזאגט פארן באשעפער: "רבונו של עולם, קוק וואס איך טו מיט מיין זון, אפילו ער פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, דאך געב איך אים עסן און אלע זיינע הצטרכות'ער. איך בין נאר א בשר ודם, איז דאך זיכער אז דו רבונו של עולם, וואס דו ביסט דער אב הרחמן, טוב ומיטב, ורב חסד, זאלסטו זיכער העלפן אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין".


מיט דעם טייטשט דער הייליגער רבי מאיר'ל מפרימישלאן זכותו יגן עלינו (דברי מאיר, פרשת תולדות) דעם פסוק (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו"; ווי קען מען זאגן אויף יצחק אבינו אז ער האט ליב געהאט עשו הרשע? זאגט ער, אז יצחק אבינו האט דאס געטון, נאר "כִּי צַיִד בְּפִיו", ער זאל קענען מיט דעם מנצח זיין דעם אייבערשטן, ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, קוק ווי איך געב פאר עשו וואס ער דארף, איך האב אים ליב אפילו ער גייט נישט בדרך הישר, זאלסטו אודאי העלפן אידן מיט וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין", עיין שם. זעט מען ווי אזוי צדיקים האבן זיך געפירט מיט זייערע קינדער ווען זיי זענען נישט געגאנגען בדרך הישר.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן תיקון הכללי. וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן די תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער ר' נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט ר' נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, און תפילה האט דאך א גרויסן כח, און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען ר' נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט, האט ער געזאגט פאר זיין חבר ר' נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן". זעט מען פון די מעשה, אז אנשטאט מען זאל זיך וועלן הרג'ענען אדער הרג'ענען דעם קינד, איז דא א בעסערע וועג - דאווענען צום אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דערפאר טייערער ברודער, שטארק דיר; טראכט נישט קיין נארישע מחשבות ווי אזוי דו קענסט חס ושלום פטר'ן דיין זון, איך ווייס אז דיין צער איז זייער גרויס און מען קען דאס נישט אויסהאלטן, אבער מיר האבן א גרויסע באשעפער וואס ער פירט דער וועלט, מיר פארשטיין נישט דרכי המקום ברוך הוא, מיר דארפן נאר מתפלל זיין צו אים. ווען מען בעט אים העלפט ער, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות נישט אויפצוהערן בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיינע קינדער זאלן תשובה טון און דו זאלסט האבן נחת פון זיי און פון אלע קינדער.

#159 - איך האב עטליכע שווערע קינדער אין קלאס, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


מ'האט מיך אנגענומען דאס יאר אלס מלמד אין א נייע תלמוד תורה אין כיתה ז', ב"ה ס'איז זייער א פיינע קלאס מיט קינדער פון חשובע היימישע שטיבער, און אויך דער מנהל איז זייער גוט צו מיר, און ער רעספעקט מיין שווערע ארבעט וואס איך לייג אריין אין די קינדער.


איך האב אבער אפאר געציילטע קינדער וואס מאכן מיר זייער שווער, זייער הערן בכלל נישט צו וואס איך רעד צו זיי, נישט פאר שלעכטקייט נאר זיי הערן טאקע נישט, זיי זענען זייער פאר'חלומ'ט און זיי הערן פשוט נישט אז מ'האט גערעדט צו זיי, ביז ווען מ'זאגט אפאר מאל וועקן זיי זיך אויף.


אויך איז דא א קינד, גראדע מיט א גאנץ פיינע קעפל, אבער א גאנצן פארלערנען מאכט ער מיט די הענט כאילו ער שיסט יעצט באמבעס אויף איינעם און ער מאכט די גערודער ווי באמבעס פליען. איך האב געמיינט אנפאנג אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענונג, אבער איך זע אז ס'פעלט אים ממש גארנישט, ער האט א פיינע קעפל און ביים שפילן איז ער פון די בעסטע, אויך דאס לערנען קען ער שנעל אויפכאפן, אבער אינמיטן פארלערנען פליט ער ערגעץ אוועק ואיננו.


איך האב שוין פרובירט אסאך מיטלען, אבער ס'גייט זייער שווער, ס'קוקט אויס ווי זייער מח איז בכלל נישטא. דער מנהל זאגט אז ס'איז אזוי ביי אסאך קינדער און זיי וואקסן עס אויף שפעטער, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, איך וויל אז יעדער קינד זאל מצליח זיין, איז דא עפעס אן עצה?


א גרויסן יישר כח.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


א מלמד דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; ווייל אויב א מלמד איז מיד, ער איז נישט געשלאפן געהעריג, קען ער שנעל ווערן אויפגערעגט חס ושלום און ער קען צוקומען צו שלאגן וכו', אדער אז א מלמד עסט נישט געהעריג, ער איז הונגעריג, קען ער חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי אז דו זאלסט זיין גוט אויסגערוהט וועט דער גאנצער טאג דיר גיין גרינגער.


איך וויל דיר מיטטיילן א שיינע מעשה וואס וועט דיר צוניץ קומען; א מלמד האט זיך אויסגערעדט פאר זיינס א חבר אז ער האט א פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין כתה, יעדע ערב ראש חודש ווערן די קינדער אזוי שלעכט צו אים, זיי נעמען אים ממש ארויס פון די כלים ביז ער שלאגט זיי, "איך ווייס נישט פון וואו די קינדער ווייסן ווען עס איז ערב ראש חודש; א גאנצן חודש איז אלעס פיין און וואויל ביז עס קומט ערב ראש חודש, דעמאלט ווערן זיי געפערליך צעווילדעוועט וכו'"; דער חבר האט גלייך פארשטאנען אז עפעס גייט פאר מיטן מלמד אליין, נישט מיט די קינדער; פרעגט ער דעם מלמד: "זאג מיר, וואס איז דיין סדר היום יעדן ערב ראש חודש?" זאגט דער מלמד פאר זיין חבר: "יעדן ערב ראש חודש פיר איך מיר אז איך שטיי אויף גאר פרי און איך זאג אויס תהילים, אויך האב איך אן הנהגה נאך פון אלץ בחור צו פאסטן יעדן ערב ראש חודש וכו'", זאגט אים דער חבר: "שוין, דארפסט נישט מער רעדן, האסט שוין אלעס פארציילט; נישט די קינדער זענען די פראבלעם, די קינדער זענען טייערע קינדער, זאגסט דאך אליין אז זיי זענען וואויל א גאנצע חודש, נאר דער פראבלעם איז אז דו פאסט יעדן ערב ראש חודש, און אז מען עסט נישט ווערט מען שנעלער נערוועז וכו'. איך האב פאר דיר צוויי עצות, אדער הערסטו אויף צו פאסטן אזוי ווי די הלכה איז אז א מלמד טאר נישט פאסטן, אדער אויב דו ווילסט נישט אוועק גיין פון דיין מנהג, זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד וואס זאל דיר איבער נעמען יעדן ערב ראש חודש".


א מלמד דארף וויסן א כלל, אמת טאקע, עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף שמחות פון משפחה וכו', אבער אזוי ווי יעדער איינער האט דאך געבענטשטע משפחות כן ירבו, עס קומט אויס כמעט יעדע וואך שמחות וכו', דארף א מלמד וויסן אז ער טאר נישט אריין גיין אין כתה אויב איז ער נישט גוט געשלאפן, ווייל מען קען חס ושלום פארשעמען א קינד בלויז ווייל מען איז מיד.


איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א שיינע מעשה מיט א מלמד. די עלצטע כתה ביי אונז אין תלמוד תורה דאווענט שחרית און מנחה צוזאמען מיט די בחורים, איין טאג זע איך ווי א קינד זיצט און קייט גאם בשעת'ן דאווענען, איך טראכט צו מיר: 'איך וויל זען וואס דער מלמד גייט דא טון מיטן קינד וכו'', איך זע ווי דער קינד האלט אין איין קייען די גאם ביז דער מלמד האט דאס באמערקט, דער מלמד האט צוגערופן דעם אינגל, איך טראכט צו מיר: 'וואס קומט יעצט, א פראסק? א שריי?' אבער איך זע ווי דער מלמד רופט אים צו זייער נאנט צו זיך, ער בייגט זיך צו צו זיין אויער, און זאגט אים עפעס. דער קינד גייט ארויס פון שול, ער קומט צוריק אריין כאילו לא הי'. רוף איך צו דעם קינד, איך פרעג אים: "וואס האט דיין רבי דיר געזאגט שטילערהייט?" זאגט דער קינד: "מיין רבי האט מיר געזאגט, איך זאל ארויסגיין פון שול אויסשפייען מיין גאם און איך זאל אנהייבן דאווענען".


ווען דער מלמד וואלט ווען נישט געשלאפן יענע נאכט, וואלט ער נישט געהאט קיין ישוב הדעת, נאכן רופן דעם קינד וואלט ער אים דערלאנגט א פראסק, אדער א ציפ, אדער א שריי וכו', אבער וויבאלד דער מלמד איז געווען אויסגערוהט און רואיג וכו', האט ער שיין גערעדט צום קינד. ווען דער קינד גייט גרעסער ווערן און אויפוואקסן וועט ער געדענקען אז זיין רבי האט אים ליב געהאט, ער גייט געדענקען ווי שיין זיין רבי האט גערעדט צו אים, אז זיין רבי האט זיך גערעכנט מיט זיינע געפילן, דער קינד גייט בלייבן אן ערליכער איד. דערפאר, אז דו גייסט צו שמחות, דארפסטו נעמען א צווייטן מלמד זאל דיר איבער נעמען פארן קומענדיגן טאג, אדער זאלסטו אהיים גיין פרי פון די שמחה.


דאס וואס דו פרעגסט אז דו האסט א קינד אין דיין כתה וואס ווערט זייער פארטראכט אינמיטן לערנען, ער מאכט מיט די הענט כאילו ער שיסט מיט א גאן וכו'; דאס קומט פון קוקן מאוויס אדער שפילן געימס אויפן קאמפיוטער וכו'. עלטערן כאפן נישט אז ווען מען געבט פאר א קינד א קאמפיוטער צו שפילן דערויף געימס, נעמט דאס אוועק דעם מח פונעם קינד. ווען דער קינד זיצט אין חדר גייט דער קינד צוריק צו זיין קאמפיוטער, ער ווערט אזוי אריין געטון אין דעם אז ער פארגעסט זיך וואו ער זיצט, ער הייבט אן מאכן מיט די הענט ווי ער האלט א ביקס און ווי ער שיסט. דאס קומט פון קוקן מאוויס וואו מען שיסט וכו', אדער פון געימס וואס מען שפילט אויפן קאמפיוטער.


דערפאר, עלטערן וואס ווילן האבן נחת פון זייערע קינדער, עלטערן וואס ווילן אויפשטעלן א ערליכע שטוב, דארפן אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער א.ד.ג.; ענדערש זאלן די קינדער טאנצן און שפרינגען, אדער שפילן מיט שפילצייג וכו', וואס דאס ציט זיי נישט אוועק זייער מח.


דיין שאלה וואס דו פרעגסט וכו'; קודם איז משמע אז דו פרעגסט וואס דו קענסט טון מיט דעם קינד ווייל ער שטערט דיר וכו', נאכדעם שרייבסטו אז עס טוט דיר וויי ווייל דו ווילסט אז דער קינד זאל מצליח זיין; דאס איז צוויי זאכן - ווען א קינד לערנט נישט, ער איז פאר'חלומ'ט, דאס איז איין זאך. נאכדעם איז דא א קינד וואס שטערט אנדערע - ער שטערט דעם מלמד, ער איז אן עזות פנים, דאס איז א צווייטע זאך.


א מלמד, א מחנך דארף וויסן דעם כלל, אזוי וועט ער מצליח זיין; ווען א קינד שטערט די כתה, דעמאלט קען נישט דער מלמד ווארטן ווי לאנג די גאנצע כתה וועט ווערן איבערגעדרייט, נאר מען דארף קנס'נען דעם קינד וכו'. אבער ווען דער קינד שטערט נישט די כתה, סך הכל האלט ער נישט מיט די לימודים, אדער ער דאווענט נישט וכו' - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, ביי דעם פאל דארף דער מלמד פרובירן אים צו משחד זיין וכו' נאכאמאל און נאכאמאל, דער מלמד דארף האבן סבלנות. אויב האט דער מלמד שוין פרובירט אלע וועגן, און מיט דעם אלעם זעט ער אז דער קינד האלט נישט מיט די לימודים וכו', דארף דער מלמד טון וואס די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, הלכות מלמדים, סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִילוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת, לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", אפילו א קינד וואס פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען אים נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים, אוּלַי יָבִין", ער זאל בלייבן זיצן מיט די קינדער וואס פארשטיין יא, אפשר וועט ער יא זוכה זיין צו פארשטיין.


דאס איז ווען דער קינד האלט נישט מיט, אבער אז א קינד שטערט די גאנצע כתה, מען קען נישט אנגיין מיט די לערנען וכו', דעמאלט איז עפעס אנדערש, דעמאלט דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט שטערן.


געווענליך די קינדער וואס מאכן פראבלעמען פאר זייער מלמד, זענען בדרך כלל זייער צעבראכנע קינדער. קיינער קוקט נישט אויף זיי, זיי באקומען נישט קיין שום אויפמערקזאמקייט, זוכן זיי אויף א נישט גוטע וועג מען זאל קוקן אויף זיי, דארפאר זוכן זיי צו שטערן דעם מלמד פון פארלערנען, ווייל דעמאלט איז די איינציגסטע צייט וואס אנדערע קינדער וועלן לאכן צו זיי און זיי וועלן באקומען תשומת לב. ווען מען נעמט אפיר די סארט קינדער, מען רעדט צו זיי פריוואט, זעט מען אז זיי זענען זייער צעבראכענע קינדער, זיי ווילן נישט זיין שלעכט, זיי שטערן נישט להכעיס, זיי טוהן דאס אומוועלנדיג נאר כדי צו געוואונען אביסל אויפמערקזאמקייט.


א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי. ווייל איינמאל מען געוואונט זיי, דער מלמד האט זיי אויף זיין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות, אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", א מלמד דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו ערליכע תלמידים, וואוילע תלמידים - ווייל אן תפילה גייט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.