שאלה אין קורצן ענין
#182 - קען מען מאכן יעדן פאר חזן אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס מלמד פרוביר איך צו מאכן בעסטע פאר יעדן קינד, איך האב געמאכט א סדר ביים דאווענען אז יעדעס קינד זאל האבן א שאנס צו זיין בעל תפלה, דאס הייסט צו אויסלאזן הויך די שטיקלעך פון דאווענען, אבער למעשה זע איך אז נישט יעדער קען זיין א גוטער חזן.


היינט האב איך געמאכט איין קינד פאר חזן, אבער אנשטאט צו ווארטן ביז יעדער ענדיגט א שטיקל און דערנאך אויסלאזן הויך, האט ער פשוט געזאגט ווייטער שטיל און שנעל. וויפיל איך האב אים פרובירט צו מסביר זיין ווי אזוי עס צו טון ריכטיג, האט ער ווייטער געזאגט שטיל און שנעל, ביז איך האב אים שוין געמוזט זאגן אינמיטן דאווענען אז ער קען נישט זיין ווייטער חזן, און איך האב געשטעלט א צווייטע בעל תפלה.


פון איין זייט ווי איך געבן די געלעגנהייט פאר יעדן צו זיין דער חזן, אבער פון די אנדערע זייט דארף דאך זיין א נארמאלע סדר ביים דאווענען, עס קען נישט זיין אן איבערקערעניש. ווי אזוי האנדלט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס וויל איך דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך זייער זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט, אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


בנוגע מאכן א סדר מיט די בעלי תפילה; פון איין זייט דארף מען טאקע שטעלן די קינדער וואס זענען פאסיג און פעאיג צו זיין בעלי תפילה זיי זאלן זיין די בעלי תפילה, און פון די אנדערע זייט דארף מען יא מאכן אלע קינדער אן אויסנאם זאלן באקומען די געפיל אז זיי זענען און זיי קענען, און נישט חס ושלום נעמען פון דעם א באווייז אז 'מיר טויגן נישט, והא ראי' אז מיר זענען נישט קיין חזנים ובעלי תפילה'.


ריכטיג איז אז מען זאל איינטיילן די כיתה, געבן פאר אלעמען צו זיין בעלי תפילה, מען קען איינטיילן דאס דאווענען אין צוויי אדער מער, און די שטיקלעך וואס עס פארלאנגט זיך העכערע בעלי תפילה, קלארערע בעלי תפילה - געבט מען זיי, און די אנדערע געבט מען פאר די אנדערע, אזוי ווי אין שול; פסוקי דזמרא איז געאייגנט פאר מערערע מענטשן, אנדערש ווי שחרית.


בוי אויף די קינדער, געב זיי אלע פאסטענעס, טייל איין די כיתה אז יעדער זאל האבן א זאך, און געב אלעמען אסאך גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיך לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף אסאך כבוד; דאס גייט אן ביי אלע קינדער, קינדער דארפן אסאך כבוד ווייל זייער פארשטאנד איז נאך קליין, בפרט קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען געבט זיי בכלל נישט קיין גוטע ווערטער - דארפן דאס זייער אסאך. דעריבער, א קלוגע מלמד און טיטשער - וועט הייבן די קינדער און שטענדיג געבן קאמפלימענטן, סיי ברבים און אויך פריוואט.


קארג נישט קיין גוטע ווערטער, זע עס זאל זיך גיסן פאר אלע תלמידים גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט און ליבשאפט; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער זאלסטו קארגן, און נאר ממש בלית ברירה, נאכן גוט דורכטראכטן - זאגט מען אמאל מוסר וכו', אבער גוטע ווערטער פאר קינדער - דארף מען געבן וואס מער.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#181 - ווי אזוי האנדלט מען מיט א שלעכטע שטיף קינד?
שלום בית, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, דן לכף זכות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע וואונדערליכע שיעורים וואס זענען אזוי שטארק מחזק, איך הער עס יעדע שיעור, און צומאל הער איך איבער א שיעור עטליכע מאל, דאס איז ממש מיין לופט צום אטעמען.


איך האב א שווערע פראבלעם, און איך וויל בעטן הילף פונעם ראש ישיבה שליט"א.


די גרויסע טאכטער פון מיין ווייב פירט זיך אויף צו איר מאמע זייער נישט גוט, ממש שרעקליך, ערגער ווי צו א שפחה כנענית, סיי די וועג פון רעדן, זיך אויפפירן, פארלאנגען, זי לאכט איר אין פנים אריין און הונטער איר רוקן, זי פייפט איר אן און דערנידערט איר.


מיין ווייב ווערט ממש צעטרעטן ביז דער ערד, זי איז נישט גענוג שטארק, זי פאלט אלעמאל פאר איר טאכטער, זי טוט אלעס וואס די טאכטער פארלאנגט, און אפילו ווען זי זאגט שוין יא אמאל עפעס שטרענג פאר'ן טאכטער, וועט די טאכטער אלץ טרעפן דעם וועג זיך ארויסצודרייען, און איר ווידער צעטרעטן.


איך בייס זיך שוין די ליפן פאר אסאך יארן, אבער דאס ברענגט מיר צוויי זאכן, איינס אז איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, ווי לאנג קען מען צוקוקן צו אזא שרעקליכע אויפפירונג און בלייבן שטיל? און צווייטנס מאכט עס אז איך זאל אנהויב קוקן אויף מיין ווייב ווי א שמאטע, ווי א שוואכלונג.


איך מאך אסאך התבודדות אויף דעם, איך זע אבער נישט קיין לעזונג צו דעם מצב, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נוץ די עצה פון תפילה, געב אוועק יעדן טאג פופצן - צוואנציג מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן נאר אויף דעם; אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג - וועסטו זען נאך א קורצע צייט א ישועה.


וויסן זאלסטו, וואלט דאס געווען דיינע אייגענע קינדער - וואלסטו געדארפט מחנך זיין און זיין גאר שטרענג צו פארלאנגען דרך ארץ וכו', אבער אין דיין פאל אז דו ביסט נישט דער טאטע, דו ביסט דער שטיף טאטע - וועסטו נישט אויפטון, און אויך וועט עס שאטן פאר די שלום בית.


נאך אן עצה איז דא, אויב דו וועסט אנהייבן זייער שטארק ליב האבן איר קינד, נישט נאר געזאגט, נאר טאקע ליב האבן, דורך איר דן זיין לכף זכות, זיך אריינלייגן אין איר מצב, די רחמנות פון קינדער וואס זעען ווי זייער לעבן פאלט זיי צאם, ווי זייערע עלטערן קריגן זיך, ווי די עלטערן צעטיילן זיך, ווי דאס צעשטורעמט זייערע געפילן, זייער מח וכו'; דאס קען מען נישט פארשטיין, דער וואס קומט פון א געזונטע שטוב מיט געזונטע עלטערן איז נישט מעגליך זאל פארשטיין די צער, די ווייטאג, די יסורים, די פחדים - וואס די קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן קריגן זיך און צעטיילן זיך; אז דו וועסט איר דן זיין לכף זכות, דו וועסט קוקן אויף די קינד מיט רחמנות - וועט די קינד זיך טוישן, די קינד וועט ווערן רואיג, די קינד וועט אנהייבן זיך פירן מיט דרך ארץ.


העיקר איז נאכאמאל און נאכאמאל תפילה, תפילה, תפילה, זיך נישט מייאש זיין פון תפילה. גיי אין א ווינקל, גיי און שמועס דאס אויס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי דאס שעדיגט ענקער שלום בית וכו' וכו'; וועסטו זען גרויסע ניסים.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#180 - עסן שבת'דיגע סעודות ביי די עלטערן?
שבת קודש, חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, אידישע שטוב, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ביי יעדע שאלה באזונדער מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, א גרויסן יישר כח פאר אונזער וואונדערליכע געשמאק לעבן וואס מיר האבן אין זכות פון היכל הקודש.


מיר האבן שוין געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א וועגן עסן די שבת'דיגע סעודות ביי די עלטערן, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געענטפערט, "ס'איז ריכטיג צו עסן אין שטוב", און מיר טוען דאס טאקע.


מיר ווילן אבער נעמען די שטארקייט איבערצופרעגן נאכאמאל, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די בעסטע זאך איז ארויסזאגן וואס ליגט אין הארץ. פאקטיש איז אונז אביסל שווער דאס מקיים צו זיין, ווייל יעדער פירט זיך יא צו גיין עסן סעודות ביי די עלטערן יעדע וואך, אדער כאטש יעדע צווייטע וואך, ביי אונז דא אן עירוב און מען קען גיין מיט די קינדער.


איך טראכט צו זיך אז אין צוואנציג יאר ארום וועלן מיר שוין זיין די זיידע און באבע אי"ה, און דעמאלט וועל איך זען און פארשטיין זאכן וואס איך פארשטיי נאכנישט יעצט, און אפשר דעמאלט וועל איך חרטה האבן אויף זאכן וואס איך האב געטון נישט ריכטיג.


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, מיר קען זיך נישט גענוג באדאנקען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן די בריוו.


עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מכבד זיין עלטערן, דאס איז "חמורות שבחמורות" (ירושלמי פאה א, א), און אז מען האט חתונה דארף מען נאכאלץ גיין באזוכן די עלטערן, דאס איז זייער א גרויסע מצוה, און אזוי איז ריכטיג צו טון; נאך די חתונה גייט מען איין סעודה צו טאטע מאמע און איין סעודה צו שווער און שוויגער, און אז מען וואוינט נישט אין די זעלבע שטאט גייט מען איין שבת דא און איין שבת דארט; די עלטערן זענען זיך מחי' צו זען די קינדער, נאכן אזויפיל הארעווען און זיי חתונה מאכן; די עלטערן ווערן יונגער פון זען די נחת ביי די קידער.


דאס איז גוט כל זמן מען האט נישט קיין קינדער, און אויך ווען די קינדער זענען נאך קליין; איינמאל די קינדער וואקסן אונטער איז ריכטיג צו בלייבן אין שטוב עסן די שבת סעודות אין שטוב, ווייל דעמאלט איז די צייט וואס די עלטערן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי אנפילן מיט ליבשאפט און יראת שמים וכו'.


אז מען וואוינט נאנט צו די עלטערן, איז זייער חשוב ארויף צו גיין פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען זיי זאגן גוט שבת, און אז מען האט א מאמע איז על פי סוד זייער א גרויסע זאך צו געבן א קוש די האנט, דער אריז"ל האט אזוי געטון, און די פוסקים זאגן (מגן אברהם אורח חיים, סימן רעד) אז אלע זאלן אזוי טון. אויך קען מען אריבער גיין ווינטער ווען עס איז דא לאנגע פרייטאג צו נאכטס וכו', אבער עס איז זיכער ריכטיג צו מאכן סעודות אין שטוב מחנך זיין די קינדער.


עס איז וויכטיג צו וויסן אז עס איז דא הלכות אין שלחן ערוך וואס איז מורא האבן פון עלטערן, און וואס איז מכבד זיין עלטערן (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רמ); מורא האבן איז, אז מען טאר נישט זיצן אויף א טאטע'ס פלאץ, מען טאר נישט אוועקמאכן וואס עלטערן זאגן, אויך טאר מען נישט מכריע זיין זייער ווערטער, מען טאר נישט רופן די עלטערן ביים נאמען, און מכבד זיין איז, אז מען זאל זיי געבן צו עסן און צו טרינקען וכו' וכו'; כיבוד אב ואם איז נישט א זאך וואס די משפחה מאכט אפ צו טון, כיבוד אב ואם איז נישט וואס די שוואגערס און שוועגערינס טוען און זאגן אז מען דארף טון; כיבוד אב ואם איז וואס שטייט אין די תורה, אין שלחן ערוך.


די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז מען ציט אויף א שיינע ערליכע שטוב, מען איז מחנך די קינדער, מען מאכט שבת סעודות מיט די קינדער, מען געבט די קינדער ווארעמקייט און ליבשאפט אינאיינעם מיט א שטרענגע חינוך פון פאלגן עלטערן, און דאס קען מען נאר טון אין שטוב פריוואט וכו', און ביי די עלטערן אין שטוב איז דאס נישט שייך.


והעיקר זאלן ענק בעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער, עלטערן דארפן אסאך בעטן אויף גוטע קינדער, נאר תפילה העלפט; עס איז כדאי צו דערמאנען די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - די קינדער הערן נישט?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, דן לכף זכות, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין א גרויסע קלאס פון איבער דרייסיג קינדער, און ברוך ה' אין זכות פון די שיעורים האב איך זייער ליב די קינדער און איך לייג אריין אין זיי אסאך יראת שמים, סיפורי צדיקים, מדות טובות, כיבוד אב ואם, און אזוי ווייטער אלע גוטע זאכן.


מיט צוויי קינדער אין קלאס האב איך אסאך געהאט צוטון אז זיי האבן נישט געפאלגט, ממש זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פון מיר, איך האב זיי גערופן ביים נאמען און זיי האבן זיך בכלל נישט אויסגעדרייט, און דאס האט מיר געמאכט זיי אנקוקן פאר נישט גוטע קינדער, איך זע ווי זיי טוען עפעס נישט ריכטיג, איך רוף זיי, איך זאג זיי אז זיי זאלן אויפהערן, אבער זיי הערן זיך בכלל נישט צו, און איך האב זיי שוין אפילו באשטראפט פאר די סארט זאכן.


היינט האט אבער די חדר געברענגט א דאקטער צו אונטערזוכן די הערן קראפט פון די קינדער, און דער דאקטער האט מיר געזאגט אז די צוויי קינדער הערן נישט אזוי גוט.


דאס האט מיר געכאפט אין שאק, עס האט מיר זייער צעבראכן, איך האב סתם אנגעקוקט שלעכט די קינדער, און איך האב זיי נאך אויך באשטראפט, און די קינדער זענען באמת נישט געווען שולדיג, זיי האבן פשוט נישט געהערט ווי איך רוף זיי; ווי אזוי טו איך תשובה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות, מען קען אויפבויען קינדער זיי זאלן באקומען א זיכערקייט אין זיך, זיי זאלן זיין געזונט בנפש, און אזוי אויך קען מען חס ושלום צוגרונד לייגן א קינד פארן לעבן; זיין א מלמד איז גאר א גרויסע אחריות, נישט יעדער איינער מעג זיין א מלמד, א מלמד קען נאר זיין איינער וואס האט יראת שמים און א געפיל פאר אנדערע.


די מעשה וואס דו דערציילסט, אז יעצט איז מען געוואויר געווארן אז די קינד וועם דו רופסט הערט נישט גוט; איך האב דאס שוין געהאט כמה פעמים מיט קינדער און מיט בחורים וואס האבן נישט געקענט הערן נאר אויף איין אויער, און ווען זיי רעדן אויפן טעלעפאן און מען רופט זיי - הערן זיי נישט, ווייל זיי הערן נאר מיט די אויער וואס רעדט יעצט אויפן טעלעפאן, און אז מען ווייסט דאס נישט קען מען זיי מאכן פאר מחוצפים ווען באמת זענען זיי אומשולדיג.


בעט דעם אייבערשטן איידער דו גייסט אריין אין כיתה פאר אלע תלמידים, אז אלע זאלן האבן חן אין דיינע אויגן, און דו זאלסט האבן חן אין זייערע אויגן. בעט פאר זיי (זאג ארויס יעדע נאמען), אז דו זאלסט זיי ליב האבן און זיי זאלן דיך ליב האבן, און דו זאלסט זיי קענען מחנך זיין מיט יראת שמים און מידות טובות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - וואס ענטפערט מען, ווען קינדער דערציילן פון די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, מוסר, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע גליונות, שמועסן, בריוו, וואס זענען אזוי מחזק, מאכן פרייליך און פרישן אויף די נשמה, דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך געזונטע לאנגע יארן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך האב געליינט אין איינע פון די גליונות א שטארקע געדאנק וואס האט מיר געגעבן א נייעם מהלך אין מיין ארבעט אלס מלמד, און דאס אריינצוברענגען אלע זאכן פון וואס מען דארף רעדן אין קלאס, מיט וואס מען דארף מחזק זיין די קינדער, אין אן אינטערעסאנטע מעשה.


לעצטנס האב איך דערציילט פאר די קינדער א מעשה מיט א תלמיד פון הייליגן רבי ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע, וואס איז געבליבן אמאל אליין אויף א פארווארפענעם אינזל, און אינצווישן האב איך אריינגעלייגט ווי שטארק עס האט אים וויי געטון אז ער האט נישט געקענט דארט דאווענען מיט מנין. איינער פון די קינדער אין קלאס האבן זיך אנגערופן, "מיין טאטע דאווענט סתם אזוי נישט מיט מנין, אן קיין שום ספעציעלע סיבה און ער האט אפילו נישט קיין צער פון דעם", און אזוי ווייטער אזעלכע סארט זאכן, און אויך נאך קינדער האבן געזאגט עפעס ענליכס.


מיין שאלה איז ווי אזוי דארף איך רעאגירן אין אזא פאל?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, דער אייבערשטער זאל געבן פאר ראש ישיבה שליט"א אסאך שפע ברכה והצלחה געזונטערהייט עד בלי די.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער און דו לייגסט אריין אין זיי אמונה ויראת שמים. דערצייל פאר די קינדער אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


ווען קינדער הייבן אן דערציילן זאכן פון זייערע עלטערן וכו' - דארף מען מיט חכמה ענטפערן פאר די קינדער אז עלטערן דארף מען מכבד זיין און מען דארף זיי דן זיין לכף זכות, און אין די זעלבע צייט ווייטער רעדן צו די קינדער פון זיין נזהר אין הלכות; און אז דו רעדסט צו די קינדער פון די הלכה אז מען דארף דאווענען מיט מנין און די קינדער זאגן 'מיין טאטע דאווענט אין שטוב' - זאלסטו חס ושלום נישט רעדן צו זיי קעגן זייערע עלטערן, נאר מיט חכמה זאגן 'דאס איז די הלכה, און עלטערן דארף מען ווייטער מכבד זיין', אזוי אויך ווען מען רעדט צו די קינדער פון נישט האבן קיין טעלעפאן, נישט קוקן קיין קליפס, ווידיאוס, מאוויס, סטעטוס וכו' וכו', און קינדער פרעגן דעם מלמד 'אבער מיין טאטע קוקט יא!' - דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן צו די קינדער קעגן זייערע עלטערן, נאר מיט חכמה זיי זאגן 'אפשר האט דיין טאטע געפרעגט א רב?' וכו', און ווייטער רעדן צו די קינדער וואס איז ריכטיג.


זיי ממשיך מיט דערציילן מעשיות, דאס איז מוסר, דאס איז יראת שמים. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" האט דער מלמד געענטפערט: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - וואס טוט מען מיט קינדער וואס דרייען איבער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שבת טיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


 איך האב געוואלט פרעגן צוויי שאלות וועגן מיינע קינדער אין שטוב, ברוך השם זייער וואוילע לעכטיגע קינדער, אבער יעצט ווען דער צווייטער ווערט שוין גרויס, הייבט ער אן פארפירן און ווילדעווען, און ער שלעפט מיט דער גרעסערן.


איינס, וואס טו איך אז זיי הייבן אן צו שפייען און זיי לאכן? אפילו ווען איך זאג זיי צו אויפהערן, און אפילו אז איך זאג זיי שטרענג, העלפט עס נישט, זיי לאכן נאך מער און שפייען שטערקער און מיט א גרעסערע חיות, און אז איך געב זיי א פאטש העלפט עס אויך נישט, נאר אויב איך נעם יעדן איינעם באזונדער אליין דעמאלט העלפט א פאטש, איז ריכטיג זיי צו געבן א פעטשעלע פאר דעם?


צווייטנס, אסאך מאל שבת הייבן זיי אן שלעפן דעם טישטוך, און אויך דעמאלט העלפט נישט גארנישט, אינדערוואכן האבן מיר נישט קיין טישטוך ביים עסן, קען איך זיי נישט אויסלערנען אז מען קען נישט שלעפן, נאר שבת, און דעמאלט פון איין זייט וויל איך נישט מאכן שטרענגע סעודות און זיי דארפן אסאך אנשרייען, אבער פון די אנדערע זייט קערן זיי דאך איבער דעם טיש?


יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוו, וואס העלפן און זענען מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט קינדער קען מען נאר מצליח זיין אז מען איז נישט אנגעצויגן, נאר מען איז רואיג און פרייליך, נאר דעמאלט זענען די אויערן אפן; די קינדער שפירן דאס, די קינדער ווייסן דאס, און נאר אז דער טאטע אדער מאמע, און אזוי אויך אין חדר און אין שולע - אז מען איז רואיג, מען איז נישט אין נערווען - דעמאלט הערן זיי וואס מען רעדט, ווידעראום אויב מען איז גערעגט וכו' - העלפט נישט זאגן, העלפט נישט שרייען און אויך נישט שלאגן, (שלאגן טאר מען נישט; דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קיין קינדער, און עס העלפט נישט).


איך האב באקומען זייער אסאך הדרכה פון מוהרא"ש ווי אזוי צו פירן א ישיבה, א חדר, מיידל שולע; וואס מיינסטו - וואס זענען די סודות? וואס זענען די טריקס? מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין ישיבה, אין חדר און אין מיידל שולע, נאר אזוי וועסטו מצליח זיין", אויך האט מיר מוהרא"ש געגעבן די עצה אז יעדע מאל איידער איך געב א שיעור פאר די תלמידים זאל איך זינגען מיט זיי, אזוי וועט זיך עפענען זייער הארץ, און נאר דאס ארבעט; אז עס איז פרייליך, אזוי זענען די אויערן אפן.


בנוגע די שבת טישטוך וכו', געב זיך אן עצה עס זאל זיך נישט אראפגליטשן; אדער קענסטו לייגן קליפס ביי די זייטן, אדער קענסטו אונטער לייגן א הארטע דורכזיכטיגע פלעסטיק און אויף דעם לייגן די ווייכע דינע פלעסטיק וואס מען בייט ביי די סעודות, דאס האלט די טישטוך אין פלאץ, אזוי איז דא כמה עצות, אבער דאס אלעס ארבעט נאר אויב מען איז פרייליך, אויב מען איז מיט די נערווען - העלפט גארנישט. אך און וויי א שבת סעודה וואס גייט מיט נערווען, עס ענדיגט זיך מיט מכות, און די ענדע ענדע איז אז די קינדער גייען אוועק וכו' השם ישמרינו.


בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף שמחה און אויף קענען האבן א וועג מיט די קינדער, צו גוטע קינדער איז מען זוכה דורך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד", עס איז געווען א כהן, "שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת", ער האט געהאט צען קינדער, "שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים", ער פלעגט יעדן טאג זיך אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, "וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר", ער פלעגט אויפלעקן דער ערד מיט זיין צינג (דאס איז אן אויסדריק ווי איינער פארפירט און וויל עפעס פועל'ן) - "כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און קיינער זאל נישט צוקומען צו קיין עבירות, "אָמְרוּ, לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית", און מען דערציילט אויף אים, עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, נאך א קורצע צייט, "עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם", האט עזרא הסופר צוריק געברענגט אלע אידן קיין ארץ ישראל און אויפגעבויט דעם בית המקדש, און דער איד איז אויך געווען פון די וואס זענען צוריק געגאנגען קיין ירושלים, "עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - שטראפן א קינד מיט'ן נישט געבן ריסעס?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב א קינד שרייבט אן בעט געוואנט מיט א מארקער, און איך וויל אים באשטראפן מיט נישט געבן א ריסעס די קומענדיגע טאג, וויל איך פרעגן אויב דאס איז ריכטיג צו באשטראפן א קינד וואס האט אנגעשריבן בעט געוואנט מיט'ן אים נישט געבן ריסעס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מען דארף ענדערש ארויס טראגן פון שטוב די מארקערס אדער דאס לייגן אין א פלאץ וואו קינדער קענען דאס נישט נעמען, אז זיי זאלן נישט קומען צו שרייבן אויף בעט געוואנט און אויף די ווענט וכו'.


אוועק נעמען די ריסעס איז נישט קיין זאך וואס מען קנס'ט, אזוי ווי מען קען נישט אוועק נעמען די פרישטאג און די נאכטמאל; מען דארף לערנען די קינדער אז אויף ווענט און אויף בעט געוואנט שרייבט מען נישט, מען דארף זיי לערנען שרייבן אויף פאפיר, און פארשטייט זיך אז דאס גייט נישט מיט איין מאל זאגן, דאס זאגט מען איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל, און אזוי ווייטער.


דער עיקר דארפן עלטערן מתפלל זיין פאר די קינדער זיי זאלן וואקסן ערליך און הייליג. מוהרא"ש דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - צורעדן דאס קינד?
חינוך הילדים, בית המדרש

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


אונזער זון נרו יאיר זאגט יעדן שבת אז ער האט נישט קיין כח צו גיין אין שול, און ער וויל נישט גיין אין שול, ווילן מיר פרעגן אויב מ'דארף צורעדן א קינד פון זעקס יאר צו גיין אין שול, אדער עס פעלט נישט אויס?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

מען זאל אים צורעדן מיט שוחד, מיט נעמען גוטע נאש; אזוי וועט ער וועלן קומען מיט זיין אייגענע ווילן.

#174 - קומט אהיים צעלאזט
חינוך הילדים, שמחה, מדות טובות, חדר

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


יעדן טאג ווען אונזער זון קומט אהיים פון חדר, ארום פינף אזייגער נאכמיטאג, איז ער זייער צעלאזט און ער טשעפעט וכו', וואס קען מען טון? דאס איז א טעגליכע ערשיינונג, און מען דארף זיך באמת היטן פון אים...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

מען זאל אים פרייליך מאכן.

#173 - קען די מאמע אויך בענטשן די קינדער?
שבת קודש, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, ברכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן בענטשט די קינדער יעדע וואך פאר קידוש מיט די ברכה פון "ישימך אלקים כאפרים וכמנשה" און "יברכך ה' וישמרך" וגו', און די קינדער קומען צו מיר צו געבן א קוש און זאגן גוט שבת, און איך טו זיי צוריק די זעלבע, און געווענליך געב איך זיי אויך א ווארעמע ברכה מיט מיינע אייגענע ווערטער; למעשה שמעקט מיר זייער שטארק די ברכה פון די פסוקים, און איך וואלט אויך געהאט חשק זיי צו בענטשן מיט דעם, איז מיין שאלה אויב איך מעג אויך זאגן די פסוקים פאר זיי, מיט'ן ארויסזאגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע זאך צו בענטשן די קינדער פרייטאג צו נאכטס, אין די עמדין סידור שרייבט דער הייליגער יעב"ץ זכותו יגן עלינו (הנהגת ליל שבת, אות ז): "מִנְהָגָן שֶׁל יִשְׂרָאֵל לְבָרֵךְ הַיְּלָדִים בְּלֵיל שַׁבָּת, אֶחָד הָאָבוֹת וְאֶחָד הָרַבָּנִים אַחַר הַתְּפִלָּה, אוֹ בַּכְּנִיסָה לַבַּיִת, שֶׁאָז חָל הַשֶּׁפַע", עס איז דער מנהג ישראל פאר עלטערן און פאר רבנים צו בענטשן די קינדער פרייטאג צו נאכטס אין שול, אדער ווען מען קומט אהיים פון שול, ווייל פרייטאג צו נאכט איז נישטא קיין מקטרגים, נישטא קיין שלעכטס, איז דעמאלט די צייט צו ברענגען שפע פאר די קינדער.


ער שרייבט דארט אז מען זאל זאגן די פסוק: "יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּׁה", און ווען מען בענטשט די טעכטער זאגט מען: "יְשִׂימֵךְ אֱלֹקִים כְּשָׂרָה רִבְקָה, רָחֵל וְלֵאָה".


אויך שטייט פון הייליגן אריז"ל אז די קינדער זאלן באגריסן די מאמע מיט א "גוט שבת" און געבן א קיש די מאמעס האנט, און אז די מאמע וויל אויך בענטשן קען זי אויך בענטשן די קינדער, און זי קען זאגן די פסוקים פון "יברכך", אויך קען מען צולייגן אייגענע ברכות.


דער עיקר וואס א מאמע דארף וויסן איז, אז זי וועט זיין פרייליך וועלן די קינדער זיין פרייליך, וועט דער מאן זיין פרייליך, וועט די שכינה הקדושה ריען אין שטוב, ווייל די שכינה רוט דארט וואו עס איז פרייליך, און אז די שכינה איז אין שטוב איז דא ברכה אין שטוב, און מען זעט נחת פון די קינדער; דעריבער האט דער רבי אונז זייער אנגעזאגט און מחזק געווען מיר זאלן טון אלעס אין דער וועלט זיין צו זיין פרייליך, ווייל אין דעם איז אנגעהאנגען די גאנצע הצלחה פונעם מענטש.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#172 - ווי אזוי העלפט מען דאס קינד מצליח זיין?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, מדות טובות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים אין חינוך, איך לערן זיך אסאך פון די שיעורים, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז העלפן מיט עטליכע שאלות אין חינוך.


א.    אונזער פינף יעריגע טאכטער איז זייער נישט קיין צופרידענע, זי איז נישט פרייליך מיט וואס זי האט, און אלץ האט זי טענות אויף יעדע זאך אז יענער באקומט מער, אלץ מוז מען איר צוגעבן נאך אביסל פון וואס מען טיילט; ווי אזוי קען מען איר אויסלערנען צו זיין פרייליך מיט וואס זי האט?


ב.    איך שפיר אז איך האב נישט א גוטע קשר מיט די טאכטער, זי האט אפילו געזאגט אמאל פאר מיין מאן אז מאמי פארשטייט איר נישט, פארשטייט זיך אז דאס מאכט מיר אסאך שולד געפילן, און דאס מאכט אז איך זאל איר לאזן טון אסאך זאכן מער ווי אנדערע.


ג.      אויך זאגט זי אסאך ליגנט, ווי אזוי קען איך איר העלפן מיט דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס וועט פארראכטן ווערן די צווייטע פראבלעם - וועט די ערשטע אויך פארראכטן ווערן; קלאפט זיך נישט אז איר זענט נישט א גוטע מאמע, דאס זיך אראפקלאפן איז די ערגסטע זאך, דאס נישט זיין פרייליך און צופרידן - דאס מאכט די קינד זאל נישט זיין צופרידן און נישט זיין רואיג מיט זיך.


קינדער ווערן געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן, און די עלטערן דארפן זיי העלפן דאס אויסארבעטן, יעדער מענטש האט זיינע זאכן וואס דארף ווערן פארראכטן און ווען מען איז יונג איז עס גרינגער אויסצוארבעטן, עלטערן דארפן העלפן די קינדער יונגערהייט אויסארבעטן די מידות.


אז דאס קינד האט טענות פארוואס א צווייטער האט מער וכו', זאגט מען פארן קינד: "עס איז נישט גוט קוקן אויף א צווייטן, מען ווערט נישט פרייליך און צופרידן דורכדעם וואס דער צווייטער האט יא אדער נישט", מען רעדט צום קינד פון קוקן אויף די גוטס, פון דאנקען אויף וואס מען האט יא.


אויך דארפן עלטערן אסאך בעטן פאר די קינדער, מען דארף בעטן פאר יעדן קינד באזונדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אינעם בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש.


דער עיקר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער אויב מען איז פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח; קינדער האבן ליב א פרייליכע שטוב, א פרייליכע מאמע, א פרייליכע מצב; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג צו זיין פרייליך.


דא האט איר א תפילה צו זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט השגחה פרטית, איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפע'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#171 - זיצן א האלבע שעה ביי חנוכה ליכט?
חינוך הילדים, חנוכה, שמחה, משפחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד די ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט די חנוכה טעג, און איך דערמאן זיך אז יעדעס יאר ווען איך קום אהיים נאך א גאנצן טאג און איך בין אפגעמוטשעט און הונגעריג, איך זינג אפאר מינוט זמירות, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן ביי די לעכט א האלבע שעה. ביי מיין טאטע אבער איז געווען ממש אן הלכה אז מען גייט נישט אוועק פון די לעכט פאר א האלבע שעה, מען זינגט און מען טאנצט ביז א האלבע שעה צום ווייניגסטנס, וויל איך פרעגן צי איך זאל זיך אנשטרענגען מיט אלעם צו זיצן א גאנצע האלבע שעה ביי די לעכט?


יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יא, שטרענג זיך אן צו זיצן ביי די לעכט פאר א האלבע שעה, זינג און טאנץ מיט דיין משפחה אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, און וואס ער טוט מיט אונז אין יעדן דור. אז דו ביסט זייער הונגעריג קענסטו ביי די לעכט עפעס טועם זיין, אויך מעג מען טועם זיין פארן צינדן די לעכט, נאר נישט קובע זיין א סעודה.


דער עיקר זאלסטו מאכן געשמאק די מצוות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווער עס טוט די מצוות פרייליכערהייט, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז דאס א סימן אז דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן, ער פרייט זיך מיטן אייבערשטן; דאס וועט אריינגיין אין דיינע קינדער, זיי זאלן בלייבן ערליכע אידן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#170 - שמירן אויל אויף א בעבי?
חינוך הילדים, קינדער, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין די קשיא אין קאפ א שטיק צייט, וואס מיינט דאס וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות "חַמִּין וְשֶׁמֶן מְבָרִין אֶת הַוָּלָד"? מיינט דאס טאקע אז מען זאל שמירן אויל אויף די בעבי? און ביז וויפיל יאר מיינט מען "אֶת הַוָּלָד"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וויסן זאלט איר, וואס דער רבי זאגט דארף מען מקיים זיין בתמימות ופשיטות, און אז דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מח): "חַמִּין וְשֶׁמֶן מְבָרִין אֶת הַוָּלָד", באדן א קינד אין ווארעם וואסער און אים אנשמירן מיט אויל מאכט געזונט דאס קינד - איז דאס אזוי; דער מקור פון דעם איז די גמרא אין מסכת חולין, (דף כד:) וואו די גמרא שמועסט פון געוויסע הלכות וואס איז אנדערש ביי יונגע ווי ביי אלטע, פרעגט די גמרא 'ווי לאנג איז מען יונג און ווען ווערט מען אויס יונג?' זאגט די גמרא: 'כל זמן מען קען שטיין אויף איין פוס און אנטון די שיך אויף די אנדערע פוס און עס צובינדן'; דער וואס קען דאס טון האט נאך די הלכות פון א יונגער מענטש, און די גמרא דערציילט אז דער הייליגער רבי חנינא האט ביי די אכציג יאר נאך געקענט שטיין אויף איין פוס און אנטון און צובינדן די שיך פון די אנדערע פוס, און ער האט געזאגט, דאס וואס איך האב נאך די כוחות ביי די אכציג יאר - דאס קומט פון די 'חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי, הן עמדו לי בעת זקנותי', מיין מאמע האט מיך געבאדן מיט ווארעם וואסער און מיך אנגעשמירט מיט אויל, דאס געבט מיר כח ביז יעצט אויף דער עלטער.


אויך קען מען זאגן נאך א פשט אין די ווערטער פון רבי'ן, אז דאס מיינט מען ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די מאמע לייגט אריין אינעם קינד, דאס העלפט אים אויפוואקסן מיט יראת שמים, דאס וועט אים העלפן אויף די עלטער צו קענען שטיין מיט איין פוס, דאס מיינט אפילו ווען מען גייט אריבער וואס מען גייט אריבער זאל מען זיך קענען דערהאלטן, דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט, און אזוי טייטשט דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו (דברי תורה מהדורה ט, סימן נג), די 'חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי', דאס מיינט מען די ווארעמקייט צו א מצוה און א ווארעמקייט צו דינען דעם אייבערשטן, און אויל דאס מיינט מען די הייליגע תורה, עיין שם; ווייל די מאמעס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער, זיי לייגן אריין יראת שמים, זיי רעדן צו די קינדער פונעם אייבערשטן, פון מצוות, פון עבירות, פון יצר טוב, און פון זיך אכטונג געבן פונעם יצר הרע - דאס איז 'מברין את הולד'.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - די מאמע זאגט פאר די קינדער אנדערש פונעם טאטן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה אין שלום בית, און איך וויל וויסן אויב איך טו ריכטיג. איך בין אויפגעוואקסן מיט געוויסע זאכן וואס מען איז געווען זייער שטרענג ביי דעם, און מיין מאן איז נישט אזוי מקפיד אויף דעם, און איך ווייס נישט אויב איך האנדל דאס אויפ'ן ריכטיגן וועג.


צום ביישפיל, איך ווייס אז א קינד גייט אייביג און אלעמאל מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און ווען מיין מאן באדט די קינדער איז ער נישט אזוי מקפיד אנצוטון גלייך דעם קאפל די ערשטע זאך, אויך ביים אנטון די קינדער נאכט קליידער קענען זיי זיך דעמאלט ארומדרייען אן א קאפל. איך האב פרובירט עס איבערצושמועסן איינמאל מיט מיין מאן שיינערהייט, עס האט אבער נישט געהאלפן, האב איך אנגעהויבן זאגן פאר די קינדער אליין אז מען מוז אלץ האבן דעם קאפל אויפ'ן קאפ, זיי זאגן מיר אבער אז טאטי זאגט אז מען דארף נישט.


איך האב באשלאסן אז איך גיי מער נישט רעדן וועגן דעם, איך טראכט אז כדי די קינדער זאלן קענען אויפוואקסן נארמאל און ערליך, מוז זיין שלום בית אינדערהיים, האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן דעם.


איין טאג נאכ'ן באדן די קינדער, זע איך ווי די קינדער טאנצן ארום אן די וועש, איך האב פארשטאנען אז מיין מאן האלט נישט אז עס איז א פראבלעם, האב איך שוין גארנישט געוואלט זיי זאגן וועגן דעם, איך זע אז עס העלפט סיי ווי נישט, ווייל מיין מאן איז נישט מיט מיר אין איין מיינונג איבער דעם, און איך וויל נישט די קינדער זאלן ווערן צעמישט צווישן טאטי און מאמי, אז מאמי איז די פרומע.


איך האב נישט קיין טענות אויף מיין מאן, איך טו אויך זאכן וואס ער גלייכט נישט, איך וויל נאר וויסן וואס איז ריכטיג צו טון אין אזעלכע פעלער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר זענט מחנך די קינדער און זיי זאגן אייך אז טאטי זאגט מען דארף נישט, טאטי לאזט - זאלט נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט זיי, זאגט זיי ווייטער וואס איז ריכטיג, זאגט זיי: "דו ביסט א וואוילע זיסע קינד, און טו וואס מאמע זאגט דיר".


דאס איז קלאר אז מען טאר קיינמאל נישט זאגן פאר קינדער: "טאטע קען נישט קיין הלכות, טאטע איז אן עם הארץ, טאטע אינטערעסירט נישט די חינוך", (אפילו ווען עס איז באמת אזוי), דאס איז די ערגסטע זאך, נאר ווייטער זאגן וואס איז ריכטיג, און אז מען דארף פאלגן וואס א מאמע זאגט.


דאס איז די וועג ביי קינדער ווען מען איז זיי מחנך, זיי זוכן זיך תירוצים נישט צו דארפן טון וואס מען הייסט זיי, למשל ווען דער מנהל זאגט זיי עפעס צו טון, וועלן זיי זאגן 'דער מלמד לאזט יא', און ווען דער מלמד זאגט עפעס צו טון, זאגן זיי 'דער מנהל האט געזאגט מען מעג', און אז דער מנהל און דער מלמד זענען נישט שטארק מיט זיך און מיט וואס זיי זאגן, פאלן זיי פאר די קינדער; די זעלבע זאך איז אין שטוב, פאר די טאטע זאגט מען: "מאמי לאזט!" און פאר די מאמע זאגט מען: "טאטי לאזט!"


עלטערן דארפן וויסן, ווען קינדער ווילן עפעס פועל'ן, זיי ווילן גיין ערגעץ, גייען זיי פרעגן איינע פון די עלטערן, למשל די מאמע, און אז די מאמע זאגט: "פרעג טאטי" - וועלן זיי קומען פרעגן מיט א חכמה, זיי וועלן נישט קומען מיטן אמת, זיי וועלן זאגן: "מאמי זאגט אז זי לאזט, אבער זי וויל מען זאל אויך פרעגן טאטי", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל די מאמע האט בסך בכל געזאגט "פרעג טאטי"; איז דער טאטע א שטארקער, א קלוגער זאגט ער זיין מיינונג וואס איז ריכטיג; איז ער מיד, אדער שוואך, זאגט ער: "אהה מאמי לאזט, איך לאז אויך"; לויפן זיי צוריק צום מאמען זאגן אז טאטע האט גאר געהייסן מען גייט גיין וכו'.


זייט ווייטער מחנך אייערע קינדער זיי זאלן זיין איידל, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, און ווען זיי זאגן אייך אבער טאטע אהער און טאטי אהין - קענט איר זיי געבן א שמייכל און ווייטער פארלאנגען וואס איז ריכטיג.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#168 - פון וויפיל יאר נעמט מען א קינד אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן האט אנגעהויבן נעמען אונזער אינגל אין מקוה אום פרייטאג לכבוד שבת קודש, ער איז זיבן און א האלב יאר אלט, און די ערשטע וואך האט ער געהאט אסאך קשיות, צום ביישפיל פארוואס איז נישט דא קיין טירן אויף די שויערס, און נאך. ער איז שוין געווען פיר מאל פרייטאג אין מקורה, און ער האט שוין אויפגעהערט רעדן פון דעם, אבער איך וויל וויסן אויב ער איז נישט צו יונג צו גיין אין מקוה, איך מיין אז ביי צען יאר איז די ריכטיגע צייט אנצוהויבן גיין אין מקוה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו נעמען קינדער אין מקוה, זיי מחנך זיין מיט מקוה, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען זיך צו טובל'ן, און אויך זיי לערנען זיך צו פירן איידל.


מען דארף נאר זייער אכטונג געבן בשום אין אופן לאזן קינדער גיין אין מקוה אליין אן קיין השגחה, דאס איז סכנת נפשות; נישטא אזא זאך א טאטע זאל לאזן די קינדער גיין אליין.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - דארף איך מורא האבן צו רעדן צו קינדער פון קדושה?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, חדר, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מנהל אין אונזער תלמוד תורה האט געמאכט היינט אן אסיפה פאר די מלמדים, און אנשטאט צו מחזק זיין די מלמדים, האט ער ארויפגעלייגט אויפ'ן טיש די תקנות וואס ער וויל איינפירן אין תלמוד תורה, און איינע פון די תקנות איז אז מען טאר נישט רעדן פון קדושה אויף קיין שום וועג און פאל.


יעדער ציטערט אביסל, דארף איך אויך מורא האבן פון אים?


יישר כח אויף אלעס, די שיעורים זענען מיר מחזיר בתשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויי וויי אז מען לערנט נישט אויס די קינדער זאלן זיין הייליג, וויי וויי אז נאכאלץ, נאכן הערן יעדן טאג שוידערליכע מעשיות ווי מניוולים באצווינגען קינדער און יונגע בחורים מיט עבירות, און נאכאלץ קען זיין א מנהל וואס פירט א היימישע חדר וואס זאל זאגן: "ביי אונז רעדט מען נישט צו די קינדער פון קדושה".


אודאי זאלסטו רעדן צו די קינדער ווייטער פון קדושה, האב פון קיינעם נישט מורא, דו זאג די קינדער: "קיינער טאר דיך נישט נעמען אין א פארמאכטע צימער און דיר עפענען דיינע קליידער און דיך אנרירן ביי דיינע פריוואטע פלעצער, און אויב איינער וויל דיך אנרירן אדער ער צווינגט דיר דו זאלסט אים אנכאפן ביי די אות ברית קודש - זאלסטו אנטלויפן און דו זאלסט שרייען, און אויב קיינער וויל דיר נישט העלפן זאלסטו גיין צו די פאליציי"; נעם נישט די שטראף אויף דיר, אז א מלמד רעדט נישט צו די קינדער - ווערט ער אליינס בשטראפט השם ישמרינו. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח), אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן, ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...?" האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטארבן יונג".


לייג אריין שמחה אין די קינדער, זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין כיתה, אויך ערנסט, אבער אויך פרייליך; פון איין זייט ווייסן די קינדער אז מען רעדט נישט פון ווען דער רבי לערנט פאר, די קינדער ווייסן אז מען דארף פאלגן, און פון די אנדערע זייט איז פרייליך, די קינדער האבן ליב צו זיין אין חדר, עס איז א געשמאק צו זיין מיטן מלמד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - ווי אזוי צו רעאגירן וואס א קינד נעמט אוועק פונעם קלענערן?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך אז מיין גרויסע מיידל, פינף יאר אלט, האלט אין איין אוועקנעמען די צומיס פון אירע יונגערע געשוויסטער?


דאס מאכט מיר אסאך מאל זייער אויפגערעגט אויף איר, איך שריי איר און איך סטראשע איר מיט שטראפן, ווייל איך האב איר שוין אזויפיל מאל מסביר געווען און גערעדט שיין צו איר אז זי זאל נישט נעמען די צומיס אין מויל, ווייל זי איז שוין גרויס און עס פאסט נישט פאר איר, און מיט דעם אלעס געשעט עס נאכאמאל און נאכאמאל כסדר, און נאכדערצו גייט עס אויפ'ן חשבון פון די קליינע קינדער וואס וויינען אז מען האט צוגענומען זייערע צומיס.


מיין שאלה איז צי איך זאל רעאגירן אויף א שטארקע וועג און שטיין אויף דעם אז עס זאל נישט פאסירן, אדער קען איך עס איגנארירן ווי לאנג עס גייט נישט אויפ'ן חשבון פון די קלענערע געשוויסטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טוסט נישט גוט אז דו ווערסט בכעס און דו דערשרעקסט איר, נישט אזוי האט אונז מוהרא"ש געלערנט; מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז חינוך איז פארשטיין דאס קינד, דיין טאכטער פון פינף יאר וויל אויפמערקזאמקייט, זי זעט ווי מען געבט די גאנצע ליבשאפט פאר די בובאלעך, דאס מאכט איר זי זאל נעמען די צומי וכו'.


ווער נישט בכעס און סטראשע נישט וכו', ווען דו זעסט דיין טאכטער נעמט אוועק די צומי פון די בעבי זאלסטו איר געבן ווארעמקייט און איר אויסלויבן און אויסרימען אז זי איז אזוי וואויל און אזוי גוט, וועסטו זען ווי זי וועט פון זיך אליין צוריק געבן די צומי און זי וועט העלפן מיט די קינדער.


שרייען און סטראשען דאס איז נישט די אידישע וועג, דאס איז נערווען און פארלוירנקייט; ווארעמקייט און ליבשאפט - דאס איז חינוך.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן, איך דארף זיי געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#165 - צו שארף געשריבן וועגן מלמדים?
חינוך הילדים, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מען זאל אריינלייגן דעם פאלגנדן שטיקל פון א שיעור אינעם ספר ותחיין את הילדים חלק ב':


"אִיךְ גֶעדֶענְק וֶוען אִיךְ בִּין גֶעוֶוען אַ מְלַמֵד הָאבּ אִיךְ זִיךְ צוּרִיקְגֶעהַאלְטְן פוּן אַרַיינְגֵיין אִין 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל', אִיךְ פְלֶעג בַּיי הַפְסָקָה בְּלַייבְּן זִיצְן אִין כִּתָּה, וַוייל דִי 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל' אִיז גֶעוֶוען אַ 'מוֹשַׁב לֵצִים', מֶען אִיז דָארְט גֶעזִיצְן אוּן בַּארֶעדְט דִי קִינְדֶער, 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ פֶערְד', 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ בְּהֵמָה' אוּן 'דֶער אִינְגְל וָואס אִיז רוֹיט אוּן פֶעשׁ אִיז אַ פָּרָה אֲדוּמָה', אִיךְ פְלֶעג טְרַאכְטְן צוּ מִיר: 'וָואס? דָאס זֶענֶען מְלַמְדִים?! דִי מְלַמְדִים שִׁיקְן אַהֵיים יֶעדֶע וָואךְ דִיקֶע בִּיכֶער, אוּן מֶען לֶערְנְט אוֹיס דִי 'ל"ט מְלָאכוֹת' אוּן דִי 'שִׁבְעָה כּוֹכְבֵי לֶכֶת', כְּדֵי דִי עֶלְטֶערְן זָאלְן מֵיינֶען אַז מֶען גֶעבְּט דִי בֶּעסְטֶע חִינוּךְ, אוּן אַזוֹי קוקט מֶען אויף דִי קִינְדֶער?!


מיין ספק איז, אויב עס איז נישט צו אפן געשריבן, למעשה איז דאס ליידער ריין אמת, און אזוי הערט מען ליידער רעדן אין מלמדים שטוב, אבער למעשה איז דאס געזאגט אויף די מוסד וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט דעמאלט געארבעט, אפשר איז עס צו פערזענליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


קענסט דאס דרוקן, דאס האט נישט מיט די מוסד פערזענליך, דאס איז אפאר מלמדים ליידער וואס האבן נישט געטארט זיין קיין מלמד, זיי זענען טאקע שוין לאנג נישט קיין מלמדים.


דרוק עס אינעם ספר, ווייל איך וויל מלמדים זאלן וויסן אז אין דעם ווענדט זיך אלעס, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפן קינד; אז מען קוקט אויפן קינד שלעכט וועט די קינד נישט מצליח זיין, און אז מען קוקט אויפן קינד שיין, מען האט ליב דאס קינד, מען האט רחמנות אויפן קינד - וועט דאס קינד זייער מצליח זיין.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, כא): "מַצְרֵף לַכֶּסֶף", עס איז דא א כלי אויסצולויטערן זילבער, "וְכוּר לַזָּהָב", און א כלי אויסצולויטערן גאלד, "וְאִישׁ לְפִי מַהֲלָלוֹ", און א מענטש ווערט געפרואווט לויט זיין לויב, וואס מענטשן זאגן אויף אים אזוי איז ער; דאס איז די טריק פון די תורה ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, לויט ווי דו קוקסט אויף אים - אזוי ווערט ער, לויט וואס דו זאגסט אויף אים - אזוי וואקסט ער; אז עלטערן און מחנכים רימען טאג און נאכט: "ביסט אזא גוט קינד, אזא טייער קינד, אזא זיסקייט, אזא ליכטיגקייט" - וואקסט דאס קינד גוט, טייער, זיס און ליכטיג, און אז מען קוקט אויף אים נישט גוט, מען האלט אין הארץ אז דער קינד איז א פויער, א גארנישט, א פוילער וכו' - קען דאס קינד נישט וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#164 - וואס טוט מען ווען די שכנימ'ס קינדער שלאגן?
חינוך הילדים, קינדער, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זייערע קליינע קינדער טוען וויי אנדערע קינדער, דער דריי יעריג אינגל נעמט אלץ איין קינד פאר א קרבן און טוט אים זייער וויי, ווי בייסן און שטארק שלאגן.


ביז אהער, ווען עס האט פאסירט ביי אנדערע שכנים, האב איך זיך נישט וואוסנדיג געמאכט, ווייל עס האט נישט מיט מיר. אויך די פיר יעריג מיידל קומט אסאך צו די קליינע קינדער און נעמט אוועק וואס זיי האבן און טשעפעט זיי.


לעצטנס האט דער קליינע אינגל אנגעהויבן וויי טון מיין קינד, אפאר טעג צוריק האט ער גענומען א צווייג און געשלאגן קינדער דערמיט. זיין מאמע איז דארט געווען און גארנישט געטון אדער געזאגט. איך בין איר דן לכף זכות אז אפשר האט מען איר אזוי געשלאגן אלס קינד אז זי וויל נישט שלאגן אירע קליינע קינדער. איך בין אריבערגעגאנגען, אוועקגענומען דעם שטעקן און אים שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט טון.


נעכטן האט ער זייער שטארק געביסן מיין קינד און זי האט אזוי געשריגן, און לעצטנס האב איך געלערנט אין עצתו אמונה אז מען זאל נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, האב איך געוואלט פרעגן וואס איך מעג יא טון פון מיין זייט אויב אזא מעשה פאסירט נאכאמאל, ווען יענעמ'ס קינדער טוען וויי מיינע קינדער און די מאמע טוט גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קיינמאל זאלט איר נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, און אויך די אייגענע קינדער האט דער רבי נישט געלאזט שלאגן; שלאגן האט נישט מיט חינוך, שלאגן האט מיט נערווען אדער מיט פארלוירנקייט, אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז מען שלאגט קינדער. דער רבי האט געגעבן מוסר פאר מוהרנ"ת ווען ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז ער האט געדארפט געבן א פאטש פאר זיין זון, פאר חוצפה, פארן נישט פאלגן א טאטע ווען ער האט אים געזאגט ער זאל קומען זיצן ביים טיש, האט אים דער רבי פארגעהאלטן: "א קינד שלאגט מען?!" און זיכער נישט יענעמ'ס קינדער, וואס קען זיין פשוט א סכנה; וואס וועט איר טון ווען יענעמ'ס עלטערן וועלן רופן די פאליציי? השם ישמרינו.


אז מען זעט ווי א קינד טוט וויי אנדערע - דארף מען דאס אפהאלטן, אז מען זעט א קינד שלאגט אנדערע מיט א שטעקן - נעמט מען אוועק די שטעקן און מען זאגט מיט א שמייכל פאר די קינדער: "אזעלכע וואוילע קינדער וואס קריגן זיך נישט דארפן באקומען א גוטע זאך", און מען געבט יעדן איינעם א קיכעלע, אדער א וועפער און דאס גלייכן, און שלום על ישראל, און אז מען זעט א קינד גייט איינעם בייסן וכו' - דארף מען דאס אפשטעלן און גלייך מאכן פרייליך, נישט אז יענעמ'ס עלטערן זאלן קומען צו לויפן מיט טענות וכו'.


זייער גוט טוט איר מיט דעם וואס איר זענט דן לכף זכות די מאמע; וואלטן מיר אלע געקוקט אויף אנדערע מיט גוטע אויגן - וואלטן מיר שוין לאנג אויסגעלייזט געווארן פון גלות. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיינ'ס א תלמיד, רבי נחמן טולטשינער: "ווען מיר וואלטן געפאלגט דעם רבי'ן און געקוקט גוט אויף יעדן איינעם, וואלטן מיר געקענט מחזיר בתשובה זיין די גאנצע וועלט, און געברענגט די גאולה".


בפרט די אלע וואס וואוינען אין א בנין מיט אסאך משפחות אין די גרויסע שטעט, און אויך די וואס גייען זומער אין די קאנטריס וואו מען וואוינט אינאיינעם אסאך משפחות, דארט דארף מען זייער אכטונג געבן צו קוקן גוט אויף די שכנים, און נאר אז מען קוקט גוט, מען איז דן לכף זכות - קען זיין שלום. ווייל די טבע פון א מאמע איז, אז זי אליין קען וויי טון אירע קינדער טאג טעגליך, אן דארפן איינעם אפגעבן דין וחשבון (אזוי מיינט מען), און ווען עס קומט א שכן און זאגט א ווארט פאר איר קינד - ווערט א וועלט מלחמה, מען רעדט מער נישט, מען איז זיך מער נישט משדך, ווען מען פרעגט זיך נאך אויף די שכנים פאר שידוכים - בארעדט מען יענעם; אלץ האט זיך אנגעהויבן פון אזא מעשה, מיין קינד האט געביסן און זי האט געזאגט איך קען נישט זיין קיין מאמע, און פלוני'ס קינד האט אויסגעגאסן אין חצר א קלעב, און די מאמע זאגט גארנישט, מען נעמט שוין צאם אלע פרויען, מען מאכט אן אסיפה, א גענעראל פארזאמלונג און די שכנים פסק'ענען אלע אז זי טאר נישט האבן קיין קינדער וכו' וכו', אזוי הייבט זיך אן אלע מחלוקת, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


דעריבער זאלט איר דן זיין די מאמע לכף זכות, מען ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי אנדערע, מען מיינט מען ווייסט, אידישע פרויען און אידישע מאמעס גייען אריבער אזעלכע ווייטאג וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמאל איז דא א פרוי וואס זי קען גארנישט טון מיט אירע קינדער, זי גייט אריבער שטילערהייט א גיהנום מיט איר מאן, וואס קיינער אויף די וועלט ווייסט נישט, און איר מח קען מער נישט דערהייבן, מען מוז דן זיין לכף זכות.


מיר שטייען יעצט פאר די הייליגע טעג, מיר דארפן אלע רחמי שמים מען זאל אונז אפשרייבן א גוט יאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "במדה שאדם מודד", ווי אזוי דער מענטש פירט זיך, "בה מודדין לו" פירט מען זיך מיט אים; אז מיר וועלן רחננות האבן אויף אנדערע - וועט מען רחמנות האבן אויף אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#163 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער פון קדושה?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק, אינעם בית המדרש ווי איך דאווען ברענגט מען רעגלמעסיג די קונטרסים "עצתו אמונה", איך ליין עס יעדן שבת קודש, און איך באקום יעדעס מאל פרישע חיזוק און געוואלדיגע עצות, און עס העלפט מיר זייער שטארק. דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען ממשיך זיין מיט'ן מזכה זיין אידישע קינדער פאר לאנגע געזונטע יארן, מיט געזונט און נחת.


איך האב געוואלט בעטן הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, די פלאץ פון וואו איך קום, איז נישט איינגעפירט צו רעדן בכלל וועגן קדושה, אפשר דא דארט א רמז וועגן דעם, אבער נישט געהעריג.


מיין זון ווערט בר מצוה, און איך וויל זייער שטארק רעדן מיט אים און אים מדריך זיין, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו טון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן א בריוו וועגן דעם אינעם גליון אדער א בריוו אין עצתו אמונה, און אזוי וועל איך קענען עס געבן פאר מיין זון עס צו ליינען? איך בין זיכער אז דאס וועט אים אסאך העלפן.


איך האב אויך א זון וואס איז אביסל יונגער, אפשר קען די בריוו זיין גוט אויך פאר אים, אדער אפשר דארף מען פאר אים אן אנדערע נוסח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ווערטער איז רעדן פשוט'ע ווערטער, אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש און אויך נישט קוקן, און אז דאס איז געווען די עבירה ביים מבול, אזוי ווי עס שטייט (בראשית ו, יב): "כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ" וגו'.


מען דארף רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען טאר נישט ווארטן ביז די בר מצוה, ווען זיי זענען יונג דארף מען זיי לערנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה, ווייל נאר אז מען רעדט צו זיי ווייסן זיי, אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט, און אז מען ווייסט נישט - פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.


רעד נישט מער פון די ווערטער, כל המוסיף גורע, רעדן איבריג פעלט נישט אויס, נאר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל "מען דארף זיין הייליג", "מען טאר נישט אנרירן און מען טאר נישט קוקן", און אויך רעדן צו זיי אז אויב חס וחלילה א צווייטער קומט און וויל מטמא זיין - זאל מען אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, און אז מען רעדט צו די קינדער מיט יראת שמים – פועל'ט עס, זיי וועלן זיך אכטונג געבן און זיין הייליג.


וויי פאר די עלטערן און מחנכים וואס רעדן נישט צו די קינדער פון קדושת הברית. דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אנגעזאגט די מלמדים זיינע אז מען מוז רעדן צו די קינדער פון קדושת היסוד, און ווען איינער פון די רבנים האבן אריינגעפרעגט אז אפשר זאל מען נישט רעדן, אפשר וועט ארויס קומען פראבלעמען אז מען וועט רעדן? האט דער רבי געזאגט, קוקט אריין אין תנא דבי אליהו ווי אליהו הנביא דערציילט (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח), איך בין אמאל געווען אין א גרויסע שטאט, איך האב געטראפן א מלמד מיט צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דער שטאט און איך האב מער נישט געטראפן דעם מלמד, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, אזוי אויך זענען געשטארבן זיין ווייב און קינדער און אלע תלמידים, עס זענען איבערגעבליבן בלויז עטליכע יונגע תלמידים, איך האב אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען, פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה מיט די תלמידים זענען געשטארבן, איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געענטפערט: "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן?" האט מיר דער מלאך געזאגט איך זאל נישט וויינען, ווייל עס איז זיי זיך געקומען "שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן; האט דער רבי זכותו יגן עלינו אויסגעפירט, דא זעט מען אז די מלמדים מוזן רעדן צו די קינדער די הארבקייט פון פוגם זיין בברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - פארוואס בין איך כסדר חושד יעדן איינעם?
שלום בית, חינוך הילדים, שמחה, חשדות, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי ווערט מען פטור פון טראכטן אויף יעדן מענטש אז ער טוט חלילה עבירות? אפילו ווען מיינע קינדער שפילן זיך אפאר מינוט צו שטיל, גיי איך שוין קוקן צי זיי שפילן זיך איידל. ווען מיין מיידל שפילט זיך מיט מיין פלימעניק, פינף זעקס יעריגע קינדער, בין איך די גאנצע צייט אנגעצויגן.


איך האב מורא עס זאל נישט שאטן מיינע קינדער'ס צוטרוי פון מיר צו זיי, און בכלל שטערט עס מיר מורא'דיג שטארק, איך וויל ארויסגיין פון דעם אינגאנצן.


איך האף דער ראש ישיבה האט ארויס דעם פראבלעם, כאטש עס איז נישט אינגאנצן ארויסגעברענגט.


יישר כח אויף די כסדר'דיגע חיזוק, בפרט מיט'ן באזוך אין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טראכטן אויף יעדן איינעם אז עפעס טויג נישט איז נישט געזונט, און נאכלויפן די קינדער יעדע רגע, יעדע מינוט - איז אויך נישט געזונט, און עס וועט שאטן פאר די קינדער פאר זייער זעלבסטזיכערקייט; ווייל ווי אזוי מען קוקט אויף די קינדער - אזוי וואקסן זיי, און אז די קינדער שפירן ווי די עלטערן זענען נישט רואיג מיט זיי - וואקסן זיי אויף נישט רואיג מיט זיך, און אז די קינדער שפירן ווי די עלטערן האלטן פון זיי און זענען רואיג מיט זיי - וואקסן זיי אויף זייער געזונט.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז עס איז דא ביי געוויסע פרויען אזא זאך אז זיי געטרויען נישט זייער מאן, זיי לעבן שטענדיג מיט מחשבות 'אפשר קוקט מיין מאן אויף איינעם?' 'אפשר האט ער מיט איינעם?' 'אפשר רעדט ער מיט איינעם?' מוהרא"ש זאגט אויף דעם אז דאס איז א נישט געזונטע זאך, און אזוי אויך מיט קינדער; מען קען נישט טראכטן טאג און נאכט 'וואו זענען די קינדער?' און 'אפשר טוט איינער מיט זיי נישט גוטע זאכן?' דאס איז נישט געזונט.


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל ארויסגיין די זאך פון אייך, איר זאלט נישט טראכטן טאג און נאכט פון די זאכן, בעטס דעם אייבערשטן צו האבן גוטע אויגן, קוקן אויף יעדן איינעם גוט, און נישט ארום גיין מיט חשדות, און אויך זאלט איר מתפלל זיין אויף שמחה, בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, ווייל שמחה נעמט אוועק די אלע נישט גוטע מחשבות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - וואס טו איך ווען איך זע ווי מען צעשניידט קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארגאנגענע וואך האב איך געזען אינעם תלמוד תורה וואו איך בין א מלמד, ווי קינדער פון כתה ב' קריגן זיך, כמעט די גאנצע קלאס האבן זיך גענומען אויף איין קינד און אים געשלאגן מכות רצח, איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און דעמאלט זענען אלע אנטלאפן. איך בין געגאנגען רעדן מיט זייער מלמד און אים דערציילט וואס איך האב געזען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די קינדער אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו שלאגן יענעם קינד, ווייל ער שטערט אין קלאס.


איך בין געווארן שאקירט פון דעם ענטפער, איך בין אוועקגעגאנגען פון אים אינמיטן רעדן, און איך בין געגאנגען צום איש החינוך פון די תלמוד תורה און אים דערציילט די מעשה מיט'ן קינד און דער מלמד, האט ער מיר גלייך געפרעגט אויב עס איז דער און דער קינד, האב איך אים געזאגט אז יא, האט ער מיר געזאגט אז פאר דעם קינד קומט זיך צוויי פעטש, נישט קיין חילוק פון וועם, צי פונעם מלמד אדער פון די קינדער, האב איך אים געפרעגט פארוואס, זאגט ער מיר ווייל ער איז א קאכעדיגער צעווילדעוועטער קינד.


האב איך אים געפרעגט אויב איך קען אים פרעגן א קשיא, און דערנאך גיי איך גלייך ארויס פון זיין אפיס, איך האב איך געפרעגט אויב עס וואלט געווען זיין קינד וואס ער וואלט געטון, און איך בין טאקע ארויס.


איך האב זיך דורכגערעדט מיט נאך איינעם אין חדר, און יענער האט גערעדט מיט'ן מנהל דערוועגן, און דער מנהל האט מיר געפרעגט אויב איך וויל לערנען מיט דעם קינד פריוואט, און איך האב אים געזאגט אז איך וועל טראכטן וועגן דעם. וואס דארף איך טון?


איך שפיר ווי איך נעם די אחריות פון די גאנצע תלמוד תורה אויף מיר, איז דאס ריכטיג? עס שוואכט מיר אפ, וואס קען איך אבער טון אז קינדער ווערן ממש גע'הרג'ט אין תלמוד תורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שרעק צו הערן וואס דו דערציילסט. איך דערמאן זיך ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע אומגליק, ווען מען האט צעשניטן א טייער אומשולדיג אינגל אין בארא פארק, האט מוהרא"ש דעמאלט געגעבן א פייערדיגע הספד, מוהרא"ש האט דערציילט מעשיות ווי מען שלאגט קינדער און מען פארשעמט קינדער, מוהרא"ש האט געשריגן פון זיין הייליג הארץ אז די גזירה איז געקומען צוליב דאס וואס מען טוט מיט קינדער אין חדר, ווי מען שלאגט מיט מכות רצח און מען פארשעמט, איינע פון די מעשיות האט מוהרא"ש דערציילט, וואס א איד האט אים דערציילט, אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס עֶר הָאט אַלֵיין מִיטְגֶעהַאלְטְן. אֵיין נָאכְמִיטָאג גֵייט עֶר אוֹיפְן גַאס אוּן עֶר זֶעט וִוי אַ גְרוֹיסֶע גְרוּפֶּע קִינְדֶער, אַ דְרַייסִיג פֶערְצִיג קִינְדֶער, בַּאגְלֵייטְן אֵיין קִינְד אוּן זֵיי זִינְגֶען אוֹיף אִים: "דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל! דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל!". דֶער אִיד גֵייט צוּ צוּ זֵיי צוּ זֶען וָואס גֵייט פָאר, זֶעט עֶר וִוי דֶער אִינְגְל הָאט אָנְגֶעטוּן אַ קְרוֹין אוֹיפְן קָאפּ אוּן עֶס שְׁטֵייט דָארְט אוֹיפְגֶעשְׁרִיבְּן "אִיךְ בִּין אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל".


דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט אוֹיסְהַאלְטְן צוּ זֶען וִוי מֶען פַארְשֶׁעמְט אַזוֹי אַ קִינְד, עֶר הָאט פָארְגֶעהַאלְטְן דִי קִינְדֶער פַארְוָואס זֵיי טוּעֶן דָאס, הָאבְּן דִי קִינְדֶער זִיךְ פַארְעֶנְטְפֶערְט אַז זֵיי דַארְפְן דָאס טוּן וַוייל זֵייעֶר רֶבִּי הָאט זֵיי אַזוֹי גֶעהֵייסְן, דֶער מְלַמֵד הָאט גֶעהֵייסְן פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי דַארְפְן אַהֵיים בַּאגְלֵייטְן דֶעם קִינְד אוּן זִינְגֶען אוֹיף אִים דִי גַאנְצֶע וֶועג אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל. דֶער אִיד הָאט אַרָאפְּגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן קִינְד'ס קָאפּ אוּן עֶס אָנְגֶעטוּן אוֹיף זַיין אֵייגְן קָאפּ, אוּן גֶעזָאגְט פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי זָאלְן אִים אָנְהוֹיבְּן צוּ בַּאזִינְגֶען אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְט אִינְגְל... דִי קִינְדֶער הָאבְּן זִיךְ גֶעשֶׁעמְט פוּן דֶעם עֶלְטֶערְן אִיד אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט אַוֶועקְלוֹיפְן, דֶער אִיד הָאט זֵיי אָבֶּער נִישְׁט גֶעלָאזְט, עֶר הָאט זֵיי גֶעהֵייסְן אַז זֵיי זָאלְן אִים נָאכְשְׁרֵייעֶן אַזוֹי וִוי זֵיי הָאבְּן נָאכְגֶעשְׁרִיגְן דֶעם אִינְגְל. אוּן וֶוען דִי קִינְדֶער הָאבְּן אִים גֶעזָאגְט אַז זֵיי וִוילְן אִים נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען, הָאט עֶר זֵיי שֵׁיין מַסְבִּיר גֶעוֶוען אַז אַ צְוֵוייטְן אִינְגְל טָאר מֶען אוֹיךְ נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען. אוּן דֶערְוַוייל הָאט דֶער אִיד אַרַיינְגֶעלֵייגְט דֶעם קְרוֹין בַּיי זִיךְ אִין טַאשׁ, אוּן הָאט גֶעפְרֶעגְט דִי קִינְדֶער אִין וֶועלְכֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה זֵיי לֶערְנֶען.


דֶעם קוּמֶענְדִיגְן טָאג אִיז דֶער אִיד אַרִיבֶּערְגֶעגַאנְגֶען צוּ דֶעם תַּלְמוּד תּוֹרָה בַּיי מִיטָאג צַייט, וֶוען דִי מְלַמְדִים פַארְזַאמְלֶען זִיךְ אִינֶעם מְלַמְדִים-צִימֶער, דָארְט הָאט עֶר אַרוֹיסְגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן טַאשׁ אוּן גֶעפְרֶעגְט דִי מְלַמְדִים וֶוער פוּן זֵיי הָאט גֶעמַאכְט דֶעם קְרוֹין. אֵיין מְלַמֵד אִיז רוֹיט גֶעוָוארְן אוּן זִיךְ אָנְגֶערוּפְן צוּ דֶעם אִיד אַז עֶר זָאל אַרוֹיסְקוּמֶען אִינְדְרוֹיסְן צוּ רֶעדְן מִיט אִים דֶערְוֶועגְן. דֶער אִיד הָאט אָבֶּער נִישְׁט מַסְכִּים גֶעוֶוען, עֶר הָאט דַוְקָא אִים גֶעוָואלְט פָארְהַאלְטְן אִין פָארְנְט פוּן אַלֶע מְלַמְדִים. דֶער מְלַמֵד הָאט זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי אִים: "זַייט מִיר נִישְׁט מְבַזֶה דָא בְּרַבִּים, קוּמְט אַרוֹיס אִינְדְרוֹיסְן אוּן אִיךְ וֶועל רֶעדְן מִיט אַייךְ", הָאט דֶער אִיד אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן אוֹיף אִים: "מֶען טָאר נִישְׁט מְבַזֶה זַיין אַ אִיד בְּרַבִּים?! אוּן דָאס הֵייסְן פַאר אַ גַאנְצֶע קְלַאס קִינְדֶער צוּ גֵיין נָאכְשְׁרֵייעֶן אוּן נָאכְזִינְגֶען אַ אִינְגְל אוּן אִים פַארְשֶׁעמֶען אוֹיפְן גַאס, דָאס אִיז נִישְׁט קַיין פְּרָאבְּלֶעם?! דָאס אִיז דֶער וֶועג וִוי אַזוֹי אַ מְלַמֵד דַארְף לֶערְנֶען מִיט קִינְדֶער?! דוּ וֶועסְט נִישְׁט אַזוֹי שְׁנֶעל פָּטוּר וֶוערְן פוּן מִיר!" אוּן דֶער אִיד הָאט טַאקֶע גֶעמַאכְט אַן אִיבֶּערְקֶערֶענִישׁ דָארְט אִין מוֹסָד, אַז אַזַא זַאךְ זָאל זִיךְ מֶער קֵיינְמָאל נִישְׁט אִיבֶּערְ'חַזְרְ'ן.


ווען מוהרא"ש האט געגעבן דעם הספד איז געווען א פחד אין שול, מען האט קוים געאטעמט, מוהרא"ש האט געשריגן: "יֶעצְט פְרֶעג אִיךְ אַייךְ, אִיז דָאס קִינְד נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן גֶעוָוארְן לֶעבֶּעדִיגֶערְהֵייט? אִיר וֵוייסְט אַז אַ קִינְד וָואס גֵייט דוּרְךְ אַזֶעלְכֶע בּוּשׁוֹת וֶוערְט גֶעשֶׁעדִיגְט אִין מֹחַ פַאר זַיין גַאנְץ לֶעבְּן?"


איינער פון די אינגעלייט, נישט קיין תלמיד, איינער וואס פלעגט קומען אויסהערן חיזוק - האט אריינגעפרעגט: "עס איז טאקע ממש אזוי געפערליך?" און מער האט נישט אויסגעפעלט, מוהרא"ש האט אנגעהויבן דערציילן נאך מעשיות און נאך מעשיות, און נאך יעדע מעשה האט מוהרא"ש זיך אויסגעדרייט צו יענעם גאסט און געפרעגט: "נו זאג מיר עס איז יא געפערליך אדער נישט געפערליך?"


נאך א מעשה האט מוהרא"ש דערציילט פון א אינגל אין חדר, מוהרא"ש האט געזאגט: דֶער טַאטֶע פוּן דֶעם אִינְגְל זִיצְט דָא יֶעצְט בַּיים שִׁיעוּר. דֶער אִינְגְל אִיז נֶעבֶּעךְ גֶעוָוארְן אַ יָתוֹם בַּיי דִי פִינְף יָאר, זַיין מַאמֶע אִיז נִפְטָר גֶעוָוארְן יוּנְגֶערְהֵייט. אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעגֶעבְּן צוּ עֶסְן אֵייעֶר אִין חֵדֶר פַאר מִיטָאג, דָאס קְלֵיין אִינְגְל הָאט שְׁטִילֶערְהֵייט אַרַיינְגֶעלֵייגְט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ, אוּן דֶער מְנַהֵל הָאט דָאס בַּאמֶערְקְט.


מֶער הָאט נִישְׁט אוֹיסְגֶעפֶעלְט, דֶער מְנַהֵל אִיז אַרַיין אִין אַ וִוילְדֶע כַּעַס אַז דֶער אִינְגְל הָאט גֶע'גַנְבְ'ט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁלָאגְן דֶעם קִינְד מַכּוֹת רֶצַח, עֶר הָאט אַזוֹי גֶעפְרַאסְקֶעט אוּן גֶעשְׁלָאגְן, אַז דֶער מְלַמֵד פוּנֶעם אִינְגְל הָאט דָאס שׁוֹין מֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט צוּקוּקְן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דָאס קִינְד אִין דִי זַייט אוּן אִים גֶעפְרֶעגְט פַארְוָואס עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי אֵייעֶר, הָאט דֶער אִינְגְל גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּילְט מִיט דִי שְׁנֵיי אוֹיפְ'ן גַאס אוּן עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר קַאלְט, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַרַיינְלֵייגְן עֶטְלִיכֶע וַוארִימֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ זִיךְ אָנְצוּאוַוארִימֶען מִיט דֶעם, עֶר הָאט נָאכְדֶעם גֶעוָואלְט צוּרִיקְלֵייגְן דִי אֵייעֶר.


מוהרא"ש האט געפייערט און געשריגן: יֶעצְט לָאמִיר פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי גְרוֹיסֶע עֲבֵירָה פוּן דֶעם אִינְגְל אַז עֶר הָאט גֶעדַארְפְט כַאפְּן דֶערְפַאר אַזֶעלְכֶע גֶע'הַרְגְ'טֶע שְׁלֶעק. קוֹדֶם הָאט עֶר בִּכְלַל נִישְׁט גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, עֶר הָאט זִיךְ נָאר גֶעוָואלְט אָנְוַוארִימֶען דֶערְמִיט פַאר עֶטְלִיכֶע מִינוּט, וָואלְט וֶוען דֶער מְנַהֵל אִים גֶעדַארְפְט קוֹדֶם פְרֶעגְן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אוּן דַאן וָואלְט עֶס שׁוֹין גֶעוֶוען אַן אַנְדֶערֶע מַעֲשֶׂה אִינְגַאנְצְן. צְוֵוייטְנְס, אֲפִילוּ לָאמִיר זָאגְן אַז עֶר הָאט יָא גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, קוּמְט זִיךְ אִים פַאר דֶעם מַכּוֹת רֶצַח? לֶערְן אִים אוֹיס אוּן זָאג אִים אַז עֶר זָאל דָאס נִישְׁט טוּן נָאכְאַמָאל. אוּן דְרִיטְנְס, אֲפִילוּ אוֹיבּ דֶער מְנַהֵל הַאלְט יָא אַז עֶס קוּמְט זִיךְ אַ שְׁטְרָאף פַאר דֶעם אִינְגְל, אִיז דָאךְ דָא גֶענוּג נָארְמַאלֶע שְׁטְרָאפְן אִים צוּ גֶעבְּן, עֶר קֶען אִים זָאגְן אַז מָארְגְן וֶועט עֶר נִישְׁט קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין שְׁפִּילְן בַּיי מִיטָאג, אָדֶער עֶפֶּעס עֶנְלִיךְ; עֶס קוּמְט זִיךְ זִיכֶער נִישְׁט קַיין שְׁרֶעקְלִיכֶע שְׁלֶעק פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל וָואס הָאט גֶע'גַנְבְ'ט אַפָּאר אֵייעֶר.


מוהרא"ש האט זיך אויסגעדרייט צו דעם גאסט און געפרעגט: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" דער עולם איז געזיצן געפרוירן, מען האט זיך נישט גערירט, אלע האבן געוויינט שטילערהייט, מוהרא"ש דערציילט: אַן עֶנְלִיכֶע מַעֲשֶׂה הָאט אִיךְ גֶעהֶערְט פוּן אַ מְלַמֵד פוּן אַן אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה. דֶערְצֵיילְט עֶר מִיר אַז אֵיין טָאג בַּיי מִיטָאג אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ מְלַמֵד וָואס הָאט גֶעפֶערְלִיךְ גֶעשְׁלָאגְן אַ קִינְד, מַמָשׁ גֶע'הַרְגְ'טֶע קְלֶעפּ פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל. דִי אִיבְּרִיגֶע מְלַמְדִים זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ לוֹיפְן צוּ זֶען וָואס עֶס הָאט פַּאסִירְט, זָאגְט יֶענֶער מְלַמֵד אַז אַזוֹי וִוי דָארְט אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין הַאנְטוּכֶער אָפְּצוּאוִוישְׁן דִי הֶענְט, נָאר עֶס אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ בְּלָאזֶער וָואס בְּלָאזְט אַרוֹיס הֵייסֶע לוּפְט אוּן מִיט דֶעם טְרוּקְנְט מֶען זִיךְ אָפּ דִי הֶענְט, אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער אִינְגְל אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְשְׁטוּפְּן אַן אֵיי אִין דִי מַאשִׁין, אוּן אַזוֹי צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין, אוּן דֶערִיבֶּער קוּמְט זִיךְ אִים גוּטֶע פֶּעטְשׁ.


יֶעצְט אִיז וִוידֶער דִי זֶעלְבֶּע מַעֲשֶׂה, קוֹדֶם פְרֶעג דֶעם קִינְד וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט טוּן אוּן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אֵיידֶער דוּ מַאכְסְט אָפּ אַז עֶר הָאט זִיכֶער בְּמֵזִיד גֶעוָואלְט צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין. דֶערְנָאךְ קוּק טַאקֶע אוֹיבּ דֶער מַאשִׁין אִיז צֶעבְּרָאכְן גֶעוָוארְן. אוּן אֲפִילוּ אוֹיבּ עֶר הָאט טַאקֶע בְּמֵזִיד צֶעבְּרָאכְן דִי מַאשִׁין, אִיז עֶר אוֹיךְ נִישְׁט מְחוּיָב מִיתָה פַאר דֶעם, רֶעד מִיט אִים אוּן לֶערְן אִים אוֹיס אַז מֶען טָאר דָאס נִישְׁט טוּן, אוּן גֵיי בֶּעט פוּן זַיין טַאטְן צוּ בַּאצָאלְן דִי שָׁאדְן.


דֶערְוַוייל גֶעבְּט מֶען אַ קוּק אוֹיפְן מַאשִׁין אוּן מֶען זֶעט אַז עֶס בִּכְלַל נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן, דָאס קִינְד שְׁטֵייט אִין דִי זַייט אוּן וֵויינְט בְּכִיוֹת נוֹרָאוֹת פוּן יִסוּרִים, אוּן וֶוען מֶען פְרֶעגְט אִים וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן, זָאגְט עֶר אַז זַיין אֵיי אִיז פָּשׁוּט אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען עֶס אָפְּוַואשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ הָאט עֶר עֶס גֶעוָואלְט אוֹיסְטְרוּקֶענֶען בַּיי דֶעם מַאשִׁין. עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער אִינְגְל הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעטוּן, אוּן נִישְׁט גֶעוָואלְט טוּן, קַיין שׁוּם עַוְלָה.


דָאס קִינְד וֶועט אָבֶּער קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי מַעֲשֶׂה, עֶר וֶועט אֵייבִּיג גֶעדֶענְקֶען דִי שְׁלֶעק וָואס עֶר הָאט גֶעכַאפְּט פַאר אוּמְזִיסְט. דֶער אִינְגְל הָאט נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן דֶעם מַאשִׁין, דֶער מְלַמֵד הָאט אָבֶּער יָא צֶעבְּרָאכְן דִי נֶפֶשׁ פוּן דֶעם קִינְד אוּן אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ בַּעַל מוּם אוֹיף זַיין גַאנְץ לֶעבְּן.


האסט מיך אזוי צעשוידערט מיט דיין בריוו; ווי קען זיין היינט שנת תשפ"ה, ווען אלע זאגן אז מען שלאגט שוין נישט, היינט זאל א מלמד ענטפערן ווען מען קומט אים זאגן אז די גאנצע כיתה שלאגט א קינד זיך אויסלאכן און זאגן עס קומט אים?! איך וויין, איך דערמאן זיך ווי מוהרא"ש געבט די הספד, מוהרא"ש פרעגט יענעם: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" יענער האט שוין נישט געענטפערט, יענער איז שוין געזיצן פארוויינט, מוהרא"ש זאגט: אַן אַנְדֶער אִינְגְל אִיז גֶעוֶוען נֶעבֶּעךְ אַ יָתוֹם פוּן זַיין מַאמֶע, זַיין טַאטֶע הָאט גֶעדַארְפְט שְׁוֶוער אַרְבֶּעטְן צוּ בְּרֶענְגֶען פַּרְנָסָה, שׁוֹין גָאר פְרִי הָאט עֶר גֶעדַארְפְט אַרוֹיסְלוֹיפְן פוּן הוֹיז צוּ דִי אַרְבֶּעט, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן פוּנֶעם גְרֶעסְטְן אִינְגְל אַז עֶר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קְלֶענֶערֶע קִינְדֶער, עֶר זָאל זֵיי אָנְטוּן אוּן זֵיי שִׁיקְן אִין חֵדֶר אוּן אִין שׁוּלֶע. פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גְרִינְגֶע אַרְבֶּעט אֲפִילוּ פַאר עֶלְטֶערְן אוּן זִיכֶער פַאר אַ קִינְד, אוּן בִּיז עֶר הָאט אַלֶעס גֶעעֶנְדִיגְט אִיז גֶעוָוארְן שְׁפֶּעט, אוּן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ שָׁעָה שְׁפֶּעט אִין חֵדֶר.


וֶוען עֶר קוּמְט אַרַיין אִין קְלַאס, אִיז דֶער מְלַמֵד אִים מְקַבֵּל פָּנִים מִיט פֶּעטְשׁ אוּן פְרֶעסְק, אוּן שְׁרֵייט אוֹיף אִים: "פַארְוָואס בִּיזְטוּ גֶעקוּמֶען אַזוֹי שְׁפֶּעט?" דֶער אִינְגְל וֵויינְט נֶעבֶּעךְ, עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אַז עֶר אִיז נִישְׁט שׁוּלְדִיג, עֶר הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין מַאמֶע, אוּן עֶר דַארְף טוּן דִי אַרְבֶּעט פוּן אַ מַאמֶע יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי. אוּן דֶער מְלַמֵד שְׁרֵייט וַוייטֶער: "מָארְגְן זָאלְסְטוּ זִיכֶער מַאכְן צוּ זַיין צַייטְלִיךְ אִין חֵדֶר, וַוייל אוֹיבּ נִישְׁט וֶועסְטוּ עֶרְשְׁט כַאפְּן פוּן מַיין שְׁטֶעקְן!"


פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז צוּמָארְגְנְס הָאט דֶער אִינְגְל וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען צַייטְלִיךְ, אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גֶעהַאט צוּ זָאגְן אַ וָוארְט פַארְן מְלַמֵד, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעכַאפְּט אוּן גֶעכַאפְּט אָן אוֹיפְהֶער. הֵייסְט דָאס דֶען נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן אַ קִינְד?! קוֹדֶם פְרֶעג זִיךְ נָאךְ אוּן וֶוער גֶעוואוֹיר וָואס דִי מַעֲשֶׂה אִיז, אֶפְשָׁר אִיז דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט שׁוּלְדִיג?


איך בעט דיך זייער זאלסט ווייטער בלייבן אין די חדר, און אז דו זעסט ווי מען צעשניידט קינדער - זאלסטו זיך אננעמען פאר די קינדער, זאלסט נישט מורא האבן - צו זאגן דעם אמת - פון קיינעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - ענטפערן פאר'ן מאן שאלות אין חינוך?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, ווען מיין מאן פרעגט מיך א זאך אין חינוך, וואס איך האלט מען זאל טון, זאל איך אים ענטפערן וואס איך טראכט אדער צוריק פרעגן וואס ער האלט און ער זאל אפמאכן וואס איז ריכטיג צו טון?


איך רעד דוקא ווען ער פרעגט מיך, ברוך ה' איך פארשטיי פון די שיעורים אז איך קען נישט מחנך זיין מיין מאן ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער, און איך פאלג, איך זאג אים נישט וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א פרוי מיט שכל מאכט איר מאן שפירן ווי ער איז קעניג, ער איז בעל הבית, און אפילו דער מאן איז נישט דער גרעסטער חכם - מאכט זי אים שפירן ווי ער איז אלעס.


ווען דער מאן וויל טון זאכן וואס זענען נישט ריכטיג קען מען מיט חכמה בלייבן שטארק מיט די ריכטיגע וועג, אן דעם וואס מען זאל אים מאכן שפירן ווי ער ווייסט נישט און ער טויג נישט.


אז אייער מאן פרעגט ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, וואס איז ריכטיג צו טון וכו'; זאלט איר אים העלפן, נישט זאגן "איך ווייס נישט"; ווייל עס איז אנדערש ווען דער מאן פרעגט און וויל וויסן ווי ווען די פרוי טיילט איין און לערנט אים ווי אזוי צו טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#159 - דארף מען אויפוועקן די קינדער אינדערפרי?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, פון דעסט וועגן לערן איך יעדע וואך די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה, אשית עצות בנפשי, שיעורי חינוך, און גליון היכל הקודש, און ברוך ה' אז זייט מיינע בחור'ישע יארן, שוין איבער צוואנציג יאר, וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך די פרשה אום פרייטאג, און איך האב שוין אויך זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מאל ששה סדרי משנה מיט'ן ברטנורא, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב געזען אינעם קונטרס אשית עצות בנפשי פון פרשת אמור אז א טאטע דארף אויפוועקן די קינדער, און נישט ארויסגיין פון הויז ווען דאס קינד שלאפט נאך; דאס איז אבער אנדערש פון וואס איך האב געזען און געהערט איבער דעם ענין פון בין הזמנים, ווען א זעכצן יעריגער בחור איז אינדערהיים, צי דער טאטע זאל זיין דער פאליציי מאן פונעם בחור, אים אויפצואוועקן אין צייט צו קריאת שמע און דאווענען, אדער זאל ער אים אויפוועקן איינמאל און פון דארט און ווייטער איז די אחריות אויפ'ן בחור אליין, און די שיטה פון יעדן איז אז אויב וועט דער טאטע שטיין צופיל אויפ'ן קאפ פונעם בחור, וועט ער אים מער דערווייטערן.


איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האלט אנדערש, אדער רעדט דער ראש ישיבה שליט"א פון קלענערע קינדער וואס מען קען נאך גרינגער מחנך זיין?


איך האף צו באקומען א קלארע ענטפער אויף דעם, נישט א כלליות'דיגע ענטפער איבער די חשיבות פון מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, וואס דאס ווייס איך שוין פאר איבער צוואנציג יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווענדט זיך לויט די ליבשאפט צווישן דער טאטע מיטן קינד; איז דא ליבשאפט - מעג מען זאגן און מען דארף זאגן און מען פועל'ט מיטן זאגן, אז עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע און קינד - וועט דער טאטע פועל'ן, איז נישטא ליבשאפט און נאנטקייט - דעמאלט איז נישט כדאי צו זאגן, ווייל נישט נאר עס וועט נישט אויפטון, עס וועט נאר ערגער מאכן.


דאס איז א גרויסע און וויכטיגע כלל ביי עלטערן וואס ווילן פועל'ן ביי קינדער ווי אזוי זיך צו פירן, און ביי מחנכים וואס ווילן מחנך זיין די תלמידים, און אויך ביי מאן און ווייב; אז מען וויל עפעס פעול'ן, מען וויל זאגן וכו' - דארף זיין ליבשאפט און נאנטשאפט. אזוי ווי מיר געפינען ביים אייבערשטן, די הייליגע חכמים זאגן (רש"י פרשת ויקרא, פסוק א): "לְכָל דִּבְּרוֹת וּלְכָל אֲמִירוֹת וּלְכָל צִוּוּיִים קָדְמָה קְרִיאָה לְשׁוֹן חִבָּה, לָשׁוֹן שֶׁמַּלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת מִשְׁתַּמְּשִׁין בּוֹ", ווען דער אייבערשטער האט געוואלט זאגן א מצוה פאר די אידן, האט ער קודם גערופן די אידן מיט א ליבשאפט, מיט א וועג ווי די מלאכים רעדן איינער צום צווייטן, מיט גרויס ליבשאפט, און נאכדעם געזאגט וואס מען דארף טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - פארוואס הערט מיין קינד אין חדר וועגן מלחמות?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, חדר, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ענגליש טיטשער פון מיין זון אין כתה ו' איז נישט אזוי חסידיש, ער לערנט פאר זאכן פאר די קינדער וואס שטערט מיר זייער שטארק. צום ביישפיל לערנט זיך יעצט דער טיטשער צו ווערן א שומרים מעמבער, און ער לערנט אויס די קינדער וואך נאך וואך וואס מען דארף טון ווען מען דארף זיך שלאגן, ער לערנט זיי אויס נישט אזעלכע איידעלע תנועות, און עס רייסט מיר די הארץ.


אויך דערציילט ער זיי מעשיות פון מלחמות פון ענגלאנד מיט אמעריקע און טשיינע, און אזוי ווייטער, ממש ווי אזוי די סאלדאטן זיצן צו אויסטרעפן די קאודס פון אנדערע לענדער. מיין זון קומט אהיים אסאך מאל און ער זאגט אז ער האט מורא פון די מעשיות. עס ציפט מיר זייער שטארק די גאנצע צייט וואס ער איז ביי דעם ענגליש טיטשער.


איך האב שוין עטליכע מאל גערעדט צו די הנהלה, מען זאגט מיר צו א גאנצן צייט אז עס גייט שוין זיין בעסער, און גארנישט. איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין זון איז זייער אן איידל קינד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אויסגראדן מיין מח איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע קינדער קומען אהיים און דערציילן פון פאליציי און מלחמות וכו' - זאלסטו זיי אויסהערן, ווער נישט דערשראקן פון דעם. בדרך כלל זענען קינדער זייער אינטערעסירט אין די זאכן פון מלחמות, פון פאליציי וכו'; מיט חכמה קענסטו כאפן זייערע הערצער דורך זיי דערציילן מעשיות פון נ"ך פון די מלחמות ביי די אידישע קעניגן, די מעשיות פון דוד המלך מיט די פלשתים, מיט גלית; דאס איז דאך איין שטיק יראת שמים, איין שטיק מוסר. דער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר.


דערצייל דיינע קינדער מעשיות פון צדיקים, ווייל ווען עס איז טונקל איז דא איין וועג ווי אזוי אוועק צו נעמען די טונקלקייט, דורך אנצינדן ליכטעלעך; ווי מער ליכט מען צינדט אן - אלץ מער ליכטיג ווערט, ביז מען ווייסט נישט וואו די טונקלקייט איז. אזוי איז מיט קדושה און טומאה, ווי מער מען רעדט צו די קינדער פון אמונה און ווי מער מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים - טרייבט מען אוועק די ליצנות און די נארישקייטן.


זיי פרייליך, טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיי פרייליך, מאך זיך נאריש, ביז דו וועסט טאקע ווערן פרייליך, וועלן זיי וואקסן הייליג.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.