שאלה אין קורצן ענין
#63 - וואס איז די ריכטיגע צניעות פאר א מיידל ביים שלאפן?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פון ווען דארף מען אנטוהן פאר א מיידל נאר א נאכט העמד?


און אויב פון ווען מען טוט אן נאר א נאכט העמד, צי מעג מען אנטון א הויזן אונטער די נאכט העמד, כדי בשעת מען שלאפט זאל זיך די פיס נישט אויפדעקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון די דריי יאר דארף מען אכטונג געבן אויף צניעות, ביי אונז טוט מען שוין אן ביי די דריי יאר א נאכט העמד.


הויזן פאר א פרוי איז פריצות; אז מען שלאפט און די פיס דעקט זיך אויף, דעקט מען עס צוריק צו, הויזן מאכט נישט מער צניעות'דיג, עס איז די פארקערטע פון צניעות.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער פון יונגעווייז אן זיי זאלן זיך פירן איידל, וועלן זיי האבן נחת, זיי וועלן זען ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - ווי אזוי לערנט מען אויס די קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, איך פרוביר צו רעדן אסאך צום אייבערשטן און ארבעטן אויף מיינע מדות, אין זכות פון די שיעורים.


דער עיקר בעט איך אסאך דעם אייבערשטן איך זאל זוכה זיין מחנך צו זיין מיינע קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג, זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין מיט שמחה.


מיר האבן א מיידל וואס איז ב"ה זייער קלוג און געראטן, ס'מאכט זיך אבער צומאל וואס זי רעדט געוויסע ווערטער, אדער טוט געוויסע זאכן, וואס פאסט נישט פאר איר, וואס זי האט געזען ביי אנדערע מיידלעך פון קלאס אדער משפחה. איך וויל וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, ווי אזוי קען איך איר ערקלערן אז מיר פירן זיך אנדערש, ביי אונז רעדט מען נישט אזוי, און וואס טוט מען מיט די קשיא, "פארוואס זיי מעגן יא און אונז נישט?".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער; עבודת החינוך איז זייער א וויכטיגע זאך.


עס איז א שווערע זאך, עלטערן האבן נישט קיין כח צו ארבעטן שווער מיט די קינדער, מען איז אפגעמאטערט - יעדער איינער מיט זיינע איבערגייאכץ, מען מיינט אז מען וועט שפעטער מחנך זיין, מען טראכט אז מען האט צייט ווען זיי וועלן עלטער ווערן, מען כאפט זיך נישט אז די קינדער וואקסן אונטער און שפעטער ווילן זיי שוין נישט הערן.


אז די קינדער קומען אהיים פון חדר אדער סקול מיט ווערטער וואס זיי האבן געהערט פון אנדערע, דארף מען זיי זאגן: "מען רעדט נישט אזוי"; מען דארף זיי זאגן ווי אזוי צו רעדן איידל. אז זיי פירן זיך אויף ווי אנדערע, זיי מאכן נאך חברים אויף נישט קיין גוטע וועג - דארף מען זיי זאגן איינמאל און נאכאמאל ווי אזוי זיך צו פירן, אז זיי הייבן אן זינגען די ניגון 'פארוואס זיי מעגן און נאר אונז טארן נישט?' טאר מען נישט ווערן פארלוירן, מען דארף נישט ווערן דערשראקן און שוואך און זאגן 'וואס טוט מען דא? וואס ענטפערט מען?' עלטערן דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די קינדער ווי אזוי צו פירן א שטוב; וויי און ביטער איז פאר די וואס פרעגן די קינדער ווי אזוי צו פירן די שטוב, קינדער האבן ליב צו פרובירן באקומען וואס זיי דארפן און זיי האבן נאך אסאך מער ליב ווען זיי האבן עלטערן וואס ווייסן וואס זיי ווילן און זענען זיי מחנך אויף די גוטע וועג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


בשעת איר טוט א מצוה, איר שיידט אפ חלה, איר צינד די שבת ליכט און אנדערע מצוות - זאלט איר שטענדיג בעטן פאר די קינדער זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - האב איך ריכטיג געטון צו טוישן די שייטל צו א טיכל?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חאלאקע, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן גיין מיט א טיכל אנשטאט די שייטל מיט וואס איך בין געגאנגען ביז יעצט, פארשטייט זיך מיט רשות און מיט די הסכמה פון מיין מאן.


למעשה בין איך אבער צעמישט אויב איך האב ריכטיג געטון, ווייל איך האב נאנטע משפחה וואס זאגן אז איך האב עס נישט געטארט טון, זיי טענה'ן אז א צניעות'דיגע שייטל איז מער אויסגעהאלטן ווי א טיכל, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און יעצט בין איך מסופק צי דער אייבערשטער איז טאקע צופרידן פון דעם שריט.


איך בין זיך זייער מחזק יעדע וואך מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק אויף דעם.


אויך מאכן מיר ברוך ה' חאלאקע דעם ל"ג בעומר, און איך וויל וויסן אויב ס'איז עפעס אויף וואס מ'דארף פון יעצט מער מקפיד זיין ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט אויסטון די שייטל און אנטון א טיכל און אייער מאן איז מסכים צו דעם, זאלט איר דאס אוודאי טון.


עס איז נישט וואר וואס אייער משפחה זאגט; אודאי איז א טיכל מער צניעות'דיג פון א שייטל. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען א שייטל איז נאר ווייל מען וויל די פרויען זאלן זיך נישט שעמען זיך צו צודעקן דעם קאפ, א פרוי טאר נישט גיין אויפגעדעקט די אייגענע האר; פאר די פרויען וואס שעמען זיך צוצודעקן דעם קאפ אז זיי זאלן נישט נכשל ווערן - פאר זיי האט מען מתיר געווען צו גיין א שייטל, אבער א טיכל איז זיכער מער מעלה אין צניעות.


קיינער פון די משפחה קען זיך נישט אריינמישן אין אייער לעבן; אז איר מיט אייער מאן ווילן ביידע טון די גוטע זאך - זאלט איר דאס טון.


בנוגע אייער קינד וואס ווערט דריי יאר; פון היינט און ווייטער זאלט איר זען ער זאל שטענדיג גיין צוגעדעקט דעם קאפ, אפילו ביים שלאפן; א קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון דעם קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין צוגעדעקט דעם קאפ.


אויך זאלט איר אכטונג געבן ער זאל גיין מיט ציצית און שלאפן מיט ציצית.


ועל כולם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, צדיקים. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.

#59 - פון ווען הויבט מען אן מחנך זיין קינדער צו מאכן ברכות?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז שוין צוויי יאר, איך מיט מיין ווייב פרובירן אריין צו לייגן אין אים אביסל מושגים פון יום טוב פסח, אויסער וואס ער לערנט אין חדר, מיר זינגען מיט אים "מה נשתנה" און אביסל וואס מיינט חמץ און מצה און דאס אז דער אייבערשטער האט באשאפען אלעס און ער האט אונז געמאכט ניסים און ארויס גענומען פון מצרים, און מ'דארף דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף יעדע זאך, און אזוי ווייטער. איך פרוביר צו רעדן מיט אים לויט וויפיל איך טראכט אז ער קען אויפכאפן, און האף אז ער כאפט עס טאקע אויף.


למשל האב איך אים איין טאג געזאגט ער זאל קוקן אויפ'ן הימל, וואס דארט איז דער אייבערשטער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט "טוב להסתכל על השמים", און זייט דעמאלט ווען איך גיי מיט אים אין גאס זאגט ער מיר אויף זיין קינדערישע שפראך, "טאטי, הימל", איך פרעג אים וואו איז דער אייבערשטער? ווייזט ער אויבן, און ער זאגט הימל.


אפשר בין איך מגזים, אפשר איז ער נאך צו יונג, ווען איז די יארגאנג וואס מ'דארף אנהויבן משקיע זיין אין די קינדער?


איך פרוביר עס צו מאכן מיט א געשמאק, אבער איך וויל האבן אן הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין די נושא, פון ווען דארף מען מחנך זיין אז ס'איז דא א באשעפער? מ'זאגט מיט אים מודה אני אינדערפרי און א ברכה פאר'ן עסן, אבער איך וויס נישט אויב ער כאפט באמת וואס מ'זאגט מיט אים, דארף מען טאקע שטיין שטארק אויף א ברכה פאר'ן עסן?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער מיט א קלארע הדרכה און השקפה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - זיי זאלן מאכן ברכות, און דו לייגסט אריין אין זיי אמונה, דו רעדסט צו זיי פונעם אייבערשטן.


עס איז נישטא קיין צייט פון ווען מען דארף אנהייבן רעדן צו די קינדער פון אמונה; עס הייבט זיך אן פון ווען זיי ווערן געבוירן. פון דעמאלט זינגט מען זיי ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תורה, ניגונים פון זיין א איד; די אידישע מאמעס זינגען שוין מיט די קינדער פונעם געבוירן אן ניגונים פון לערנען די הייליגע תורה און פון אמונה.


אז מען איז מחנך די קינדער פון קליינערהייט צו מאכן ברכות, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן מאכן ברכות. ווען זיי זענען גאר קליין, צוויי יאר אלט, זאגט מען די ברכה פאר זיי; אין אנהייב הערן זיי, זיי כאפן נאך נישט אויף די ברכה און נאך א שטיק צייט הייבן זיי אן אויפכאפן 'ברוך', נאך אביסל כאפן זיי אויף 'אתה', ביז זיי לערנען זיך אויס די גאנצע ברכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות מח.): אביי און רבא ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער זענען זיי אמאל געזעצן פאר רבה, האט זיי רבה געפרעגט: "לְמִי מְבָרְכִין", צו וועמען בענטשן מיר ברכת המזון? האבן זיי געענטפערט: "לְרַחֲמָנָא", צום אייבערשטן. האט רבה זיי ווייטער געפרעגט, וואס דו פרעגסט דיין קליין קינד: "וְרַחֲמָנָא הֵיכָא יָתֵיב", וואו וואוינט דער אייבערשטער? "רָבָא אַחֲוֵי לִשְׁמֵי טְלָלָא", רבא האט געוויזן אויפ'ן דאך, "אַבַּיֵי נָפַק לְבָרָא, אַחֲוֵי כְּלַפֵּי שְׁמַיָּא", און אביי איז ארויס אין גאס און געוויזן אויפ'ן הימל. האט רבה זיי געזאגט: "תַּרְוַויְיכוּ רַבָּנָן הֲוִיתוּ", ביידע פון אייך וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. דאס איז די שפריך ווארט וואס מענטשן דרוקן זיך אויס: "בּוּצִין בּוּצִין מִקִּטְפֵיהּ יְדִיעַ" - מען קען זען אויף פירות ווען זיי זענען נאך גאר קליין צי דאס גייט אויסקומען א גוטע פרוכט; אז קליינע קינדער ווייסן שוין אז מען בענטשט צום אייבערשטן וועלן זיי זיכער אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס גנב'ט?
חינוך הילדים, גניבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך געהערט שיעורים פון איך איבער חינוך, און דערפאר ווענדט איך זיך יעצט צו אייך מיט מיין שאלה.


מיין עלץ יעריג אינגל איז היינט צוגעקומען צו מיר און מיר איבערגעבעטן אויף דעם וואס ער האט אין די לעצטע צוויי יאר גענומען געלט פון אונזער לעבן, אויף צו קויפן נאשערייען און שפילצייג, און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט עס מער נישט טון.


איך האב אים געזאגט אז ס'איז זייער שיין פון אים אז ער זאגט דעם אמת, און ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון, ער בעט איבער און נעמט זיך פאר עס מער נישט צו טון. דערנאך האב איך אים געפרעגט אויב ער האט גענומען אויך פון אנדערע פלעצער, האט ער מיר געזאגט אז יא, אויך פון זיידי און אויך גענומען נאשערייען אין געשעפט.


ער איז א קינד וואס עס פעלט אים ברוך ה' גארנישט, ער האט אלעס וואס ער דארף און נאך פיל מער, און אויך אסאך נאשערייען. די שאלה איז וואס מ'טוט יעצט ווייטער, ווי אזוי קען איך וויסן אויב דאס איז בלויז א קינדערישע דורכגאנג, אדער א מחלה חס ושלום.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ג' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פעלער ביי קינדער וואס זיי האבן א מחלה וכו' און עס איז דא פעלער וואס עס איז פשוט דער יצר הרע וואס מען דארף אויסארבעטן; ביי דיין פאל, אז דיין קינד איז דיר געקומען דערציילן - איז א סימן אז ער וויל תשובה טון, ער וויל פאררעכטן.


דאס ערשטע זאך זאלסטו אכטונג געבן אים נישט צו פארשעמען; קיינער אין די משפחה דארף נישט וויסן פון דאס וואס האט פאסירט.


צווייטנס, רעד מיט אים; העלף אים ארויסקריכן דערפון. פרעג אים אויב ער וויל דו זאלסט אים העלפן איבערגיין אלע חשבונות פון וועם ער האט אלץ גענומען און דו וועסט עס באצאלן.


דער עיקר זאלסטו אסאך רעדן צו אלע דיינע קינדער דיבורי אמונה. ווען קינדער הערן אסאך דיבורי אמונה, זיי הערן פונעם אייבערשטן - ווערט צוביסליך איינגעקריצט אין זיי א שטארקע אמונה, זיי ווייסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי; איז נישט שייך מער ביי זיי גניבה, ווייל זיי ווייסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי, ער זעט אלעס.


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער פון אמונה; ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן - פאלן אוועק אלע שלעכטע מידות און אלע שלעכטע גליסטענישן.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער, זיי ברענגען צו יראת שמים און צו אלע גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ווען דארף מען אלץ וואשן די הענט?
שלום בית, חינוך הילדים, קדושה, בעלי חיים, נטילת ידים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה; מיר האט מען מחנך געווען פון אלס קינד אז אפילו מ'גייט נאר סתם אריין אין בית הכסא אדער ביי א וואנע, אדער אויב מען רירט אן די שיך, און אזוי ווייטער, דארף מען אויך וואשן די הענט, און אזוי בין איך מחנך אויך מיינע קינדער. ביי מיין ווייב'ס משפחה איז דאס אבער נישט איינגעפירט, פאר מיין ווייב האט מען געזאגט אז דאס איז סתם נערווען, און ס'פעלט נישט אויס צו וואשן די הענט ווען מ'גייט סתם אריין פאר א מינוט אין בית הכסא אדער ווען מ'רירט אן די שיך.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז וואשן די הענט קען נאר ברענגען מער קדושה, נישט דאס פארקערטע, זי וויל אבער וויסן אויב ס'איז טאקע א זאך וואס פעלט אויס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לייגסט אריין אין דיינע קינדער יראת שמים, זיי זאלן זיך וואשן די הענט ווען זיי גייען אריין אין בית הכסא און זיך וואשן די הענט ווען מען כאפט אן די שיך; אזוי איז די הלכה, אז מען גייט אריין אין בית הכסא, אדער מען כאפט אן שיך - ווערט מען טמא און מען דארף זיך וואשן די הענט (שלחן ערוך אורח חיים סימן ד', סעיף יח).


אזוי אויך איז מנהג ישראל תורה אז מען כאפט אן בעלי חיים טמאים וואשט מען זיך די הענט, מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק כ, מכתב ב' תתקנד): "אפילו על פי הלכה דארף מען נישט וואשן די הענט ווען מען כאפט אן בעלי חיים טמאים, דאך פירן זיך ערליכע אידן אז ווען מען כאפט אן א הונט אדער א קאץ וכדומה, וואשט מען זיך די הענט"; מוהרא"ש ברענגט פון ספר יפה ללב (חלק א' סימן ד, סעיף קטן כד): "מִי שֶׁנּוֹגֵעַ בְּגוֹי אוֹ בְּיִשְׂרָאֵל מוּמָר שֶׁהֵם בְּחַיֵּיהֶם כְּמֵתִים", ווער עס רירט אן א גוי אדער א געפאלענער איד וואס זיי זענען ביים לעבן אזוי ווי טויטע מענטשן, "שֶׁצָּרִיךְ נְטִילַת יָדַיִם", אז מען דארף זיך וואשן די הענט, "וְהוּא הַדִּין בְּמִי שֶׁנָּגַע בְּבַעֲלֵי חַיִּים טְמֵאִים", אזוי אויך ווער עס רירט אן בעלי חיים טמאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.

#56 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס הערט נישט אויף פארפירן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים זענען מיר ממש מחי', און זענען מיר מקרב צום אייבערשטן, א גרויסן יישר כח.


איך האב ברוך ה' געענדיגט ששה סדרי משנה צום צווייטן מאל, איך האב יעצט אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל דאס קענען אנהאלטן.


מיין דריי יעריגע טאכטער פירט זיך אז יעדעס מאל זי דארף עפעס, זי וויל מ'זאל איר עפעס געבן, הויבט זי אן וויינען און פארפירן אויף א געפערליכן פארנעם, זי לייגט זיך אראפ אויף דער ערד און וויינט ביז מ'דארף זיך אונטערגעבן פאר איר. זי טוט דאס אסאך מאל א טאג, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן עצה איר אויסצולערנען ווי אזוי צו בעטן אויף א נארמאלע וועג, און נישט וויינען ביז זי באקומט עס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ו שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי זענען קינדער, דאס איז זייער געזונטע נאטור; ווען זיי דארפן עפעס וויינען זיי, זיי ווארפן זיך אראפ אויף דער ערד, זיי וויינען און שרייען ביז די עלטערן געבן זיי וואס זיי בעטן; הלוואי זאלן מיר זיך אפלערנען פון קינדער ווי אזוי מען דארף זיך עקשנ'ען ביים אייבערשטן.


מוהרא"ש זאגט, מיר געפונען צען לשונות אויף תפילה (עיין דברים רבה ב, א), איינע פון די לשונות פון תפילה איז 'פגיעה'; זאגט מוהרא"ש, דאס קומט אונז לערנען אז מיר זאלן גיין צום אייבערשטן אים בעטן און בעטן, פגע'ן דעם אייבערשטן אזוי ווי א קינד מוטשעט און מוטשעט ביז מען געבט אים וואס ער בעט. מוהרא"ש האט אונז אזוי געלערנט, מיר זאלן זיך אראפלייגן אויף דער ערד אויסגעשטרעקט די הענט און פיס, אפילו פאר אפאר מינוט אין א פארמאכטע צימער, וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ראטעווען פון עבירות, אזוי ווי א קינד ווארפט זיך אראפ און וויינט. מוהרא"ש פלעגט דאס טון טאג און נאכט, ליגן אויף דער ערד און וויינען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אזוי געטון (פעלת הצדיק, סימן תתקעה), מען איז דאס ערשט געוואויר געווארן סוף ימיו ווען דער רבי איז איינגעשטאנען ביי איינעם אין אומאן, דער רבי האט פארשלאסן דעם טיר אבער דער בעל הבית האט געהאט א שליסל, ער האט געוואלט זען וואס דער רבי טוט יעצט אין צימער, ווען ער האט געעפנט די טיר האט ער געזען ווי דער רבי ליגט אויף דער ערד און וויינט. דאס איז געווען סוף ימיו, ווען דער רבי האט שוין נישט געהאט קיין כח, קוים וואס דער רבי האט געקענט גיין, דער רבי איז געווען אזוי שוואך מען האט אים געדארפט טראגן מיט א בענקל; דאך האט דער רבי זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד ווען קיינער האט נישט געזען און געוויינט צום אייבערשטן; פון דעם איז געווארן אז אנשי שלומינו טוען דאס.


מאך זיך נישט צוטון ווען דיינע קינדער וויינען וכו' וכו', ווער נישט אויסער זיך; זיי וועלן דאס אויסוואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - טאר מען נישט אריינצופלעכטן די פינגער פון איין האנט אין די אנדערע?
חינוך הילדים, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך זע ביי די קינדער אז זיי פלעכטן אריין די פינגער פון די רעכטע האנט אין די לינקע האנט, וויל איך פרעגן צי עס איז דא א מקור אז מען זאל נישט אריין פלעכטן די הענט איינע אין די אנדערע.


אלס קינד האב איך געהערט אז מען טאר נישט, עפעס א טעם ווייל דאס איז א צלם, אבער איך וויל זיי נישט זאגן דאס נישט צו טון, ווען איך בין נישט זיכער אז דאס האט א מקור לאיסור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט אריינפלעכטן די פינגער איינס אין צווייטן, דאס ברענגט דינים אויף די וועלט און אויף זיך אליינס.


אודאי זאלסטו אויסלערנען דיינע תלמידים דאס נישט צו טון. דער מקור פון דעם איז דער אריז"ל, דער אר"י הקודש זאגט (שער המצוות אנהייב פרשת עקב, דף לז:): "אָסוּר לָאָדָם לְחַבֵּר וּלְשַׁלֵּב אֶצְבְּעוֹת יַד יְמִינוֹ עִם אֶצְבְּעוֹת יַד שְׂמֹאלוֹ", מען טאר נישט אריינפלעכטן די פינגער פון די רעכטע האנט אין די לינקע האנט, "כְּמוֹ שֶׁנּוֹהֲגִים לַעֲשׂוֹת בְּנֵי אָדָם לְפִי תּוּמָם דֶרֶךְ מִקְרֶה", אזוי ווי מענטשן טוען ווען מען טראכט נישט, מען לייגט די פינגער איינס אין צווייטן, "וְהַטַּעַם הוּא לְפִי שֶׁהֵם כֹּחוֹת עֶלְיוֹנִים יְמָנִיִּים וּשְׂמָאלִיִּים, וְאֵין לְעָרְבָם", ווייל די פינגער ווייזן אויף הויכע כוחות, די רעכטע האנט איז חסדים און די לינקע האנט ווייזט אויף דינים און מען טאר דאס נישט אויסמישן.


דאס וואס מען זעט ביי מענטשן, זיי כאפן זיך נישט און לייגן אריין די פינגער איינע אין די אנדערע, אויף דעם זאגט דער הייליגער זוהר (ויקרא כד.): "כֵּיוָן דִּשְׂמָאלָא אִסְתְּכַּם בִּימִינָא", ווען ביידע כוחות - די לינקע מיט די רעכטע, ביידע אינאיינעם - ווילן שטראפן דעם מענטש, "כְּדֵין לָא תַּלְיָא בִּתְשׁוּבָה, וְהָא אוּקְמוּהָ", דעמאלט קומט דער עונש, עס העלפט נישט קיין תשובה, "וּכְדֵין כֹּלָּא אִסְתְכָּמוּ עָלֵיהּ בְּדִינָא", ווייל אלע ווילן עס זאל קומען די שטראף אויפ'ן מענטש, "וְדִינָא שַׁרְיָא עָלֵיהּ" עס רוט אויפ'ן מענטש דינים, "וְכַד דִּינָא אִשְׁתְּלִים וְשַׁרְיָא עָלֵיהּ דְּבַּר נָשׁ, כְּדֵין אִסְתָּיָים", און ווען די דינים רוען אויפ'ן מענטש, "וְאִתְתְּקָנוּ אֶצְבְּעָן, חָמֵשׁ בְּגוֹ חָמֵשׁ, יְמִינָא בִּשְׂמָאלָא", דעמאלט לייגט דער מענטש אינאיינעם זיינע פינגער, די רעכטע אין די לינקע, "לְאַחֲזָאָה דְּהָא כֹּלָּא אִסְתְּכָמוּ עָלֵיהּ בְּהַהוּא דִּינָא", צו ווייזן אז ביידע כוחות זענען מסכים צו שטראפן דעם מענטש, "וְיָדוֹי מִתְיַשְּׁרָן, לְאַחֲזָאָה מִלָּה בְּלָא כַּוָונָה דְּבַּר נָשׁ", אזוי ווי מען זעט אז די פינגער ליגט איינס אין צווייטן אן כוונה, דער מענטש כאפט אליינס נישט וואס ער האט געטון, "וְלָא יִתְכְּוּון בֵּיהּ", ער טוט דאס נישט מיט כוונה, עס פאסירט פון זיך אליינס; קוק נאך דעם לשון פון זוהר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט שלאגן און נישט קושן די קינדער. וואס מיינט דאס? איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט איך זאג דאס, דער רבי זאגט דאס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם", עס איז בעסער פאר די קינדער נישט צו זיין מיט זיי, "לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם", נישט זיין צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, "לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם", זיך האלטן אין איין שפילן מיט זיי, "רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", נאר מען לאזט די קינדער אויפוואקסן, מען לויפט זיי נישט נאך.


נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קושט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט"; דאס מיינט נישט צו זאגן מען זאל נישט געבן א קוש פאר'ן קינד, מען מיינט צו זאגן מען זאל נישט זיין צוגעקלעבט צו די קינדער. ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, מען קושט אים און מען האלדזט אים, נאכדעם ווען דער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג וכו' וכו', שלאגט מען אים.


קינדער דארפן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט זייער חבר, זיי דארפן קוקן אויף די עלטערן מיט כבוד און ערע, וואס געווענליך די עלטערן וואס שפילן זיך טאג און נאכט מיט די קינדער - זיי וואקסן אויף מחוצפים, זיי פאלגן נישט די עלטערן; זיי שפירן זיך צו שטארקע היימיש, א ווארט פון טאטע מאמע איז בכלל נישט קיין ווארט.


עלטערן טארן נישט מורא האבן צו זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען ווערט נישט א גוטע טאטע, א גוטע מאמע - ווען מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן; אך און וויי פאר קינדער וואס די עלטערן זענען זיי נישט מחנך, וועלן זיי אלע ארויסגיין לתרבות רעה. גוטע עלטערן זענען מחנך די קינדער, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן זיך פירן ערליך און גוט.


מיט אלע עצות און אלע חכמות - דארף מען האבן תפילה; אן בעטן דעם אייבערשטן האט מען נישט קיין הצלחה. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווי אזוי קען איך האבן א תורה'דיגע שטוב, אז מיין מאן לאזט אפ כולל?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן וויל אינגאנצן אפלאזן די כולל און גיין ארבעטן, ער איז גאר אן ערליכער מיט גאלדענע מידות, מיט א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, אבער ער קען נישט איינזיצן צו אסאך צייט, ער דארף עפעס טון צו די זאך.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי, מיין חלום איז געווען צו האבן א תורה'דיגע הויז, א מאן וואס זיצט און לערנט, און יעצט פיל איך ווי מיין חלום דערווייטערט זיך מער און מער, אפילו ער האט פארגעשלאגן צו גיין ביינאכט אין א כולל ערב, מיין איך אז ס'וועט זיך נישט האלטן לאנג.


וואס איז יעצט מיין תפקיד? זאל איך שטיין שטארק מיט מיר, אדער איז עס פשוט נישט מיין עסק און זאל איך זאל אים לאזן טון וואס ער וויל? ווי אזוי קען איך אים יא געבן די הרגשה צו האבן א "חשקת התורה"?


ס'וועט מיר זייער העלפן צו באקומען א תשובה, צו וויסן אז איך ארבעט נישט לויט מיין אייגענע מיינונג, און אויב ס'קען זיין וואס פריער, ווייל ס'איז אן ענין פון טעג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר ווילט און איר חלומ'ט צו האבן א שטוב פון תורה - דאס איז געוואנדן נאר אין אייך; עס האט נישט מיט אייער מאן, מען קען זיין אין כולל און נישט האבן א תורה שטוב. און פארקערט, מען קען ארבעטן, ברענגען פרנסה - און האבן א תורה שטוב, עס האט נישט צו טון מיט'ן זיין אין כולל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", וואס קענען פרויען טון אז זייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זיי לייגן אריין אין די קינדער פון קליינערהייט א ליבשאפט צו לערנען, מיט דעם זענען זיי זוכה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


וויסן זאלט איר אז אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; א פרוי וואס איר גאנצע לעבן איז תורה, זי רעדט צו אירע קינדער פון תורה, זי פריידט זיך ווען אירע קינדער לערנען, זי הייבט שטענדיג אירע קינדער מיט זייער תורה, זי שעצט תורה און זי וויל תורה - וועלן די קינדער זיין תלמידי חכמים.


אייער תפקיד איז 'זיין געטריי פאר אייער מאן, שעצן און הייבן אייער מאן ווי אזוי ער איז און ווי אזוי ער פירט זיך'; יא כולל נישט כולל, איר דארפט הייבן, שעצן און ארויפקוקן אייער מאן, דעמאלט וועט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", האלטן מיט זיך א מאגנעט איז מסוגל פאר קינדער; מען קען זאגן נאך א פשט, אז מאן און ווייב לעבן אינאיינעם מיט א שטארקע נאנטשאפט אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט צו זיך - דאס איז מסוגל פאר קינדער; קינדער וואקסן אויף געזונט ווען די עלטערן האבן אין זיך מאגנעט, אויב מען זוכט חסרונות איינער ביים צווייטן, מען קריגט זיך און מען שעלט זיך - דעמאלט קען מען נישט מגדל זיין קיין קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן צג): "אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ שֶׁהֵם מְקַלְּלִים אֶת עַצְמָם, אֵין מְגַדְּלִין אֶת בְּנֵיהֶם", מאן און ווייב וואס שעלטן זיך איינער דעם צווייטן - וועלן נישט אויפציען זייערע קינדער.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייער מאן אפילו ער גייט ארבעטן וכו'; איר מעגט אים זאגן ווי שטארק איר האט ליב ווען ער לערנט, אז ער האט א שיעור אין תורה און אז ער האט שייכות מיט אן ערליכן איד וכו', אבער איר זאלט אים ווייטער שעצן אפילו ער גייט ארבעטן.


גוטע קינדער, ערליכע קינדער און תורה'דיגע קינדער איז נישט א זאך וואס מען באקומט גרינגערהייט, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען מען צינדט די שבת ליכט דארף מען אסאך בעטן אויף דעם.


דא האט איר א תפילה וואס צו בעטן ביי די שבת ליכט:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה.


מיין גאנצע שטרעבן איז אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, זיי זאלן זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן יונגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


הייליגער באשעפער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, תלמידי חכמים. איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - מעג איך שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די בריוו, אז איך זאל שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע, ווי לאנג ס'איז נישט קיין סכנה פאר זיי דארט צו זיין.


וויל איך פרעגן וואס מיינט א סכנה? צווינגען א קינד צו עסן, רעדן צו א קינד קעגן די עלטערן און פארדרייען א קאפ ביז זי פירט אויס?


איך פרעג נישט נאכאמאל ווייל איך וויל דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן וואס איך וויל הערן, איך פרעג נאר ווייל איך וויל טאקע וויסן וואס מיינט א סכנה? איך וויל טון וואס איז גוט פאר יעדן.


ליידער האט מען מיר נישט ריכטיג אויסגעלערנט די מצווה פון מכבד זיין טאטע מאמע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז נישט קיין סכנה; עלטערן מעגן און דארפן אויסלערנען קינדער זיי זאלן עסן, עס פאסירט גארנישט אז מען צווינגט א קינד צו עסן.


שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד איז פארקניפט מיט נארישקייטן, "שֵׁבֶט מוּסָר יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", די מוסר וואס די עלטערן מוסר'ן די קינדער, דאס טוט אוועק נעמען די נארישקייטן; עס איז נישט געפערליך ווען עלטערן הייסן די קינדער זאלן עסן.


איר זאלט קיינמאל נישט רעדן צו די קינדער קעגן אייערע עלטערן און קעגן אייער מאן'ס עלטערן; די ערגסטע זאך פאר זייער חינוך איז ווען זיי זעען ווי די עלטערן רעדן און שפעטן פון די אייגענע עלטערן. מען קען זיי שיין מסביר זיין זיי זאלן רחמנות האבן אויף זיידע באבע וכו' וכו', אבער עס דארף זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאך א וויכטיגע זאך; איר אליינס דארפט ארבעטן איר זאלט ליב האבן אייערע עלטערן. די קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא דרך ארץ, אויב מען איז מחשיב די עלטערן. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך, חס ושלום ווען קינדער שפירן ווי די עלטערן האלטן נישט חשוב זייערע עלטערן, דאן וועלן זיי אויך נישט מחשיב זיין זייערע עלטערן.


שיקט אייערע קינדער צו אייער מאמע, וועלן אייערע אייניקלעך קומען צו אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - פון וויפיל יאר איז דא צניעות ביי קליינע קינדער אינדערהיים?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר האלטן אין איין אויפפרישן פון דאסניי.


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר זאגן ווי אזוי קינדער זאלן זיך אויפפירן מיט צניעות אינדערהיים? מיין זון איז יעצט געווארן פיר יאר, און מיין טאכטער איז איין און א האלב יאר אלט, ביז ווען מעגן זיך די קינדער באדן צוזאמען, אדער שלאפן אין איין צימער, און אזוי ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קליינע קינדער ביז דריי יאר קען מען באדן אינאיינעם.


דיין זון איז שוין פיר יאר, קען ער זיך שוין נישט באדן מיט דיין טאכטער.


בנוגע שלאפן אין איין צימער; יעצט קענען זיי נאך שלאפן אין איין צימער, אבער ווען זיי וועלן נאך מער עלטער ווערן דעמאלט דארף מען אכטונג געבן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש פון די קרובים?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, מורה דרך, משפחה, סמארטפאון, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען זיך זייער מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה", א גרויסן יישר כח.


מיר האבן געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט אונז זייער שטארק. אין אונזער משפחה איז דא פילע פעטערס און קאזינס ארום און ארום וואס זיי אלע דרייען זיך מיט סמארטפאונס, האבן קאמפיוטערס אין שטוב, און אזוי ווייטער. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זאגן אז די ערוואקסענע דארפן זיך אביסל אויסלופטערן, און די קינדער טאר מען נישט האלטן אזוי פארמאכט.


מיר זענען זייער קעגן דעם, מיר האבן נישט די אלע זאכן, מיר ווילן נישט ווייזן קיין ווידיאס פאר די קינדער. אבער די קינדער טרעפן זיך אסאך מיט די קרובים, און זיי ווילן אויך זען וואס די אנדערע זעען.


ווי אזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר די קינדער אז מיר זענען אנדערש פון זיי? זיי גייען דאך אנגעטון פונקט ווי אונז, און ווי אזוי קענען די קינדער פארשטיין אז מיר גייען אויף אן אנדערן וועג?


פארשטייט זיך אז מיר זענען אסאך מתפלל פאר די הצלחה פון די קינדער ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז אלעס פועל'ט מען נאר מיט תפלה, אבער מיר דארפן אויך אן עצה אויף למעשה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, און ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייער שטוב, אויף זייערע קינדער; זיי זאלן אויפוואקסן אפגעהיטן און ריין.


זייער גוט טוט איר אז איר שטייט ווייט פון טעלעפאון און קאמפיוטער אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און ריין; איר וועט האבן נחת און שניידן שיינע פירות.


בנוגע וואס צו זאגן פאר די קינדער ווען זיי זעען ביי משפחה אז זיי האבן טעלעפאונס, קאמפיוטערס וכו' וכו'; וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען? די שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה, עס איז נישט נאר ביי טעלעפאונס, עס איז ביי אלעס, ביי זייער אסאך משפחות צעטיילט זיך די משפחה, א טייל זענען זייער איידל און אפגעהיטן און א טייל זענען מער צעפלויגן און פראסט וכו'; שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט גיין אנגעטון נאר אזוי און אזוי, און די אנדערע טייל פון די משפחה גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן?' אדער קען מען הערן קינדער פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט עסן ביי די פלאץ, בשעת אונזערע פעטערס און מומעס מיט זייערע משפחות עסן יא דארט?' זייער אסאך מאל איז עס גאר נאנטע משפחה און עס איז אזעלכע זאכן וואס מען קען נישט ווייזן קלאר פאר די קינדער אז די אנדערע טוען קעגן די תורה, שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען?


דאס בעסטע איז אז מען רעדט צו די קינדער שטענדיג פון האבן א מורה דרך אין לעבן; פון האבן א רב, אן ערליכער איד, וואס ער לערנט אונז ווי אזוי מען זאל זיך פירן - אזוי פירן מיר זיך און היות אונזער רב זאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאון און קאמפיוטער אין שטוב - פאלגן מיר וואס אונזער רב זאגט, קען זיין אז די איבריגע משפחה האבן אנדערע שיטות, אנדערע וועגן וכו'. אונזער רב זאגט מיר זאלן גיין אנגעטון אזוי און אזוי, אונזער מורה דרך לערנט אונז מיר זאלן עסן נאר די הכשר וכו', וכו'.


לייגט אריין אין די קינדער זיי זאלן ליב האבן ערליכע אידן, ארויפקוקן ערליכע אידן; זיי זאלן וויסן אז מען דארף האבן אן ערליכער איד וואס פירט דער לעבן. חזר'ט מיט זיי אז א איד קען נישט טון וואס מען וויל, א איד האט די תורה, מען דארף גיין אין די וועג פון די תורה און אין יעדן דור מאכן זיך נייע שאלות און נייע ספיקות, דארף מען האבן ערליכע אידן תלמידי חכמים יראי השם וואס זיי ווייזן אונז וואס דער וועג פון תורה איז.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו תלמידי חכמים יראי השם, וועלן זיי וואקסן ערליכע אידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און ווער עס האט מורא פון תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן אן ערליכער איד; חס וחלילה אוועק מאכן ערליכע אידן, חס וחלילה שפעטן פון תלמידי חכמים, די אלע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, שפעטן פון ערליכע אידן - וועלן זייערע קינדער אוועקגיין פון אידישקייט.


ווען מען פארענטפערט אזעלכע פראגעס דארף מען בעיקר רעדן פון זיך, נישט אוועק מאכן אנדערע; דאס הייסט, דער עיקר זאל מען רעדן פון האבן א רב, א מורה דרך וואס ער ווייזט אונז ווי אזוי מיר זאלן לעבן. וואס ווייניגער רעדן קעגן די איבריגע משפחה, מען קען רעדן קעגן דעם פראבלעם, דאס שעדליכקייט פונעם פראבלעם, אבער נישט אוועק מאכן די משפחה.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יוגנט אז 'מיר האבן א וועג ווייזער' - ווערן זיי קלאר, זיי ווערן נישט צומישט ווען זיי זעען אנדערע גייען אין אנדערע וועגן. דאס האט דער הייליגער תנא רבי אליעזר געזאגט פאר זיינע תלמידים איידער ער איז נסתלק געווארן (ברכות כח:), ווען זיי האבן אים געבעטן: "רֶבִּי, לַמְּדֵנוּ אָרְחוֹת חַיִּים", רבי, איידער דער רבי גייט אוועק פון אונז זאל אונז דער רבי זאגן ווי אזוי זאלן מיר זיך פירן, האט ער זיי געזאגט אפאר וויכטיגע זאכן, איינע פון די זאכן האט ער זיי געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", איר זאלט נעמען אייערע קינדער זיי זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, לערנען די וועג פון די תורה, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - זאל איך גיין צו א שבת התוועדות פון די פירמע וואו איך ארבעט?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די פירמע וואו איך ארבעט וויל מאכן א שבת מיט אלע ארבייטערס מיט די ווייבער, כ'האב געפרעגט מיין ווייב אויב זי וויל גיין און זי איז נישט דערקעגן, אבער זי איז אויך נישט זייער אינטערעסירט, זי זאגט איך זאל טון ווי אזוי איך וויל.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל אהינגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דער בעל הבית פארלאנגט עס נישט - זאלסטו נישט גיין; שבת קומט צו זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


די בעלי בתים ווייסן נישט ווי אזוי צו זיין פריינטליך צו זייערע ארבעטערס, זיי מיינען אז דורך מאכן פארטי'ס, געדערינגס און שבת התוועדות - וועלן זיי באקומען א גוטע נאמען; ענדערש זאלן זיי נעמען די געלט און געבן פאר די ארבעטערס, זאלן זיי געבן די ארבעטערס געלט זיי זאלן גיין אליינס מיט די ווייב אויף וואקאציע; דער אפגעמאטערטער אינגערמאן זאל קענען האבן אביסל מנוחה, ער מיט די ווייב.


גיי נישט אוועק פון שטוב, בלייב אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; א גאנצע וואך ביסטו פאריאגט און פארפלאגט, דו זעסט נישט דיינע קינדער, דו האסט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט דיין שטוב; שבת איז א צייט וואס די קינדער זענען מיט זייער טאטע מאמע, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


שבת זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, פרייטאג צו נאכטס זאלסטו אהיים גיין מאכן א שיינע סעודה; רעד צו דיינע קינדער, זינג מיט דיינע קינדער, פארברענג מיט זיי. לייג אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אמונה אין צדיקים. ווען מען האט קליינע קינדער איז נישט קיין צייט פון שבת התוועדות, עס איז א צייט פון זיין אין שטוב.


מאך עס מיט חכמה, דריי זיך ארויס פון גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#47 - פון וויפיל יאר מען דארף אפגיסן א קינד נעגל וואסער?
חינוך הילדים, אידישע שטוב, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק ווייטער אנצוגיין אין לעבן, יישר כח פאר די חודש'ליכע שיעור פאר די פרויען, הלוואי ווען עס קען זיין יעדע וואך.


ברוך ה' מיין מאן ני"ו הערט נישט אויף צו לערנען. יעדן טאג מאכט ער נאך א סיום, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן פון וויפיל יאר מען דארף אפגיסן א קינד נעגל וואסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד פאר א אידישע שטוב; א שטוב וואו מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, טאטע, מאמע, קינד און קייט - אין אזא שטוב איז דא טהרה. אז מען איז נישט מקפיד אויף נעגל וואסער, מען גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער - איז דא אין שטוב דאס פארקערטע פון קדושה.


ערליכע אידן האבן שטארק אכטונג געגעבן אויף נעגל וואסער, מען האט אלעס אנגעהאנגען אין דעם; צום ביישפיל, אז דאס קינד האט זיך צעקלאפט האט מען זיך גלייך נאכגעפרעגט אויב דאס קינד האט זיך אפגעגאסן נעגל וואסער; אז מען האט געזען א קינד פארשטייט נישט דאס לערנען האט מען זיך נאכגעפרעגט אויב ער האט זיך היינט אפגעגאסן נעגל וואסער.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל אנגערופן אינמיטן פארלערנען חסידות: "עס שמעקט עפעס א רוח טומאה"; קיינער האט נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, דער הייליגער בעל התניא האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן גיין צו איינע פון די תלמידים, ער האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "עס שמעקט עפעס פון רוח הטומאה", ביז דער תלמיד האט זיך דערמאנט אז ער האט נישט אפגעגאסן נעגל וואסער.


בנוגע פון ווען מען זאל אפגיסן די קינדער נעגל וואסער; ערליכע אידן פירן זיך אפצוגיסן די קינדער פונעם געבוירן, בפרט ביי אונז איז מען זייער מקפיד אויף דעם, אפצוגיסן די קינדער פונעם געבוירן. אזוי ווי דער רבי'ס מאמע האט געטון מיט'ן הייליגן רבי'ן, יעדעס מאל ווען דער רבי האט זיך אויפגעוועקט ביינאכט און זי האט אים געוואלט געבן עסן האט זי אים אפגעגאסן דריי מאל יעדע האנט (עיין פעלת הצדיק סימן יט, בהגה).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - מיינע קאלעגעס ביי די ארבעט רעדן אויף מיר, וואס טו איך?
חינוך הילדים, פרנסה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס ארבעט מיט'ן זיך אפגעבן קליינע קינדער, איך האב צוויי קינדער מיט וועמען איך דארף זיך אפגעבן, און אזוי זענען דא דארט נאך מיידלעך וואס יעדער האט צוויי קינדער זיך אפצוגעבן מיט זיי.


לעצטנס האב איך צוריק געהערט אז א געוויסע מיידל וואס ארבעט דארט רעדט צו די עלטערן פון די קינדער מיט וועמען איך געב זיך אפ, און זי זאגט זיי אז איך טו גארנישט מיט זיי א גאנצן טאג, זיי קלאצן סתם אוועק. דאס איז נישט אמת, איך געב זיך ברוך ה' זייער גוט אפ מיט זיי, און עס טוט מיר שרעקליך וויי אז זי לאזט סתם אזוי ארויס א שלעכטע נאמען אויף מיר.


איך וויל וויסן אויב איך מעג רעדן צו די עלטערן און צו די אנפירער פון דעם פלאץ דערוועגן, אדער עפעס אנדערש וואס איך קען טון איבער דעם, ווייל ס'טוט מיר באמת זייער שטארק וויי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געווענליך גייט עס אזוי צווישן ארבעטער, ווען מען זעט איינעם מצליח זיין מיט די ארבעט ווערט א שטיקל קנאה, איינער פרובירט אויפצועסן דעם צווייטן; די אלע וואס רעדן אויף א צווייטן און זוכן אונטערצוברענגען א צווייטן - אלץ נעמט זיך פון די שלעכטע מדה פון קנאה. די מדה פון קנאה איז די עקלדיגסטע מדה וואס איז דא, מען ווערט געבוירן מיט דעם, מען לעבט מיט דעם און מען שטארבט מיט דעם; אלע צרות וואס מענטשן ליידן אין לעבן איז אלץ פון קנאה, ווען מען איז מקנא א צווייטן, מען טראכט שטענדיג אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן.


עס הייבט זיך נאך אן ווען מען ווערט געבוירן; ווען א קינד ווערט געבוירן ווערט א גרויסע שמחה, אלע שפילן זיך מיט'ן קינד, מען געבט אים כבוד איבער'ן קאפ, ביז ווען עס קומט א צווייטע קינד און די משפחה הייבט אן געבן כבוד און אויפמערקזאמקייט פאר'ן צווייטן, דעמאלט קען מען זען ווי דער עלטערער קינד ווערט פשוט משוגע, ער קען עס נישט נעמען, ער איז מקנא דעם יונגערן, דאס מאכט אז דער עלטערער זוכט נאר ווי ער קען טשעפען דעם יונגערן, ער ציפט און שלאגט.


נאכדעם ווען מען ווערט עלטער וואקסט מיט די קנאה, מען טראכט שטענדיג 'דעם גייט גוט, יענעם גייט גוט', מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזעלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


אינטערעסאנט איז, די מדה פון קנאה גייט מיט מיט'ן מענטש אפילו נאכן שטארבן, דער רבי האט געזאגט: "ווען א נפטר וואלט זיך ווען געקענט אויפשטעלן אינמיטן די לוי' ציילן וויפיל מענטשן זענען געקומען צו זיין לוי' וואלט ער נישט אויסגעהאלטן פארוואס א צווייטער האט געהאט א גרעסערע לוי' פון אים", אזוי שטארק גייט די טפשות פון קנאה.


די גאנצע גלות וואס מיר ליידן איז נאר פון קנאה; מען קריגט זיך, מען טוט שלעכטס איינער פאר'ן צווייטן, אלץ ווייל מען טראכט: 'יענער האט מער', 'יענער איז מער געלונגען'; דעריבער זאגט דער רבי (ספר המדות, אות קנאה, סימן א): "כְּשֶׁיִּתְבַּטֵּל הַקִּנְאָה, אֲזַי יִהְיֶה קִבּוּץ גָּלֻיּוֹת", ווען עס וועט זיך ענדיגן קנאה, קיינער וועט נישט גליסטן אויף א צווייטן, וועלן מיר צוריק גיין אלע אינאיינעם קיין ארץ ישראל.


מען דארף זייער אסאך ארבעטן אויסצורייסן די שלעכטע מדה, דאס קען מען נאר אז מען ווערט מקורב צום צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן ה): "עַל יְדֵי בִּיאָתְךָ לַצַּדִּיק יִתְבַּטֵּל מִמְּךָ הַקִּנְאָה", אז מען קומט צו א צדיק ווערט בטל די שלעכטע מדה פון קנאה; דער צדיק עפנט אויף די אויגן, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מען טראכט נישט פון א צווייטן, מען קוקט נישט אויף א צווייטן; מען איז שמח בחלקו, מען פריידט זיך מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


נעמט זיך נישט צום הארצן וואס מען רעדט אויף אייך, איר זאלט ווייטער טון אייער ארבעט מיט א געטריישאפט, איר זאלט אפילו נישט פרובירן זיך פארענטפערן ווייל איר וועט סיי ווי נישט קענען. געדענקט וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהללאל האט געזאגט פאר זיין זון ווען ער האט אים געבעטן ער זאל רעדן און מסביר זיין מען זאל אים העלפן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פאר'ן נפטר ווערן, האט אים זיין זון געבעטן: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי", טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט ער אים געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נייעס און פאליטיק?
שבת קודש, חינוך הילדים, היטן די צייט, תכלית, נייעס, פאליטיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן מיטצוהאלטן נייעס, ספעציעל אמעריקאנע פאליטיק, אבער ספעציעל די לעצטע פאר יאר ווען די נייעס קאכט אזוי שטארק יעדן טאג, ציעט עס מיר נאך אסאך מער.


איך קום שבת אין שול, און יעדער רעדט נאר פון די נייעס און פאליטיק, און איך ווער אויך אריינגעצויגן אין די שמועסן, איך שעם זיך אבער נאכדעם פון מיר אליין אז ס'איז שבת קודש און איך האב נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו רעדן איבער נארישע פאליטיק.


וואס איז די עצה זיך אפצוגעוואוינען פון זיין פארנומען אזויפיל מיט'ן הערן און ליינען די נייעס, סיי אום שבת קודש, און סיי איבער די גאנצע וואך? איך ווייס אז עס פארברענט מיר אזויפיל טייערע שעות יעדן איינציגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען ווי מענטשן קאכן זיך אין פאליטיק, א טייל פרייען זיך מיט'ן געווינס פונעם נייעם פרעזידענט און א טייל בייזערן זיך; פרעג די וואס פרייען זיך: 'מיט וואס פרייסטו זיך? וואס האט דאס מיט דיר?' און פרעג די וואס בייזערן זיך אז דער פרעזידענט האט פארלוירן: 'וואס גייט דיר עס אן? וואס איז דאס נוגע פאר דיר?' קיינער פון זיי וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל די גאנצע פאליטיק, פארוועם מען זאל שטימען, ווער עס גייט געווינען, ווער עס האט געווינען - איז איין גרויסער דמיון.


ווייניג מענטשן האבן די שכל נישט צו פארברענען די צייט פון לעבן מיט זאכן וואס געבט נישט צו פאר'ן לעבן; מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי מאנט פון אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; ווען מען טראכט אריין זעט מען אז די טעג פונעם לעבן פליען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווילאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


מען האט אמאל געזען ווי רבי נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט מיט א קינד, האט רבי נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים"; יעדע פאר יאר קומט פרישע וואלן, מען קאכט זיך אין פאליטיק, מען כאפט נישט אז דערווייל גייען אריבער די יארן און עס בלייבט גארנישט איבער פון דעם, מען האט גארנישט פון דעם.


א רחמנות אויף די וואס קאכן זיך אין פאליטיק; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, ער איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


גיי ארויס פון די דמיונות פון פאליטיק, בפרט שבת קודש; שבת איז נישט א צייט פון פאליטיק, שבת איז א טאג פון נאנט ווערן צום אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש ויקהל, רה:) "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה, נישט פאר'ן גוף, שבת איז א צייט וואס מען דארף זיך אנגרייטן ליום שכולו שבת. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם" - דאס גייט ארויף אויף שבת קודש, "אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו מען ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוּ תּוֹרָה", זאל מען שבת אויסנוצן מיט לערנען די הייליגע תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת אינדערפרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, "וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת רוח נאר פון די וואס לערנען די הייליגע תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ', 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ'", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט, הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


שבת איז א צייט פון חינוך הילדים, אנשטאט שטיין אין שול רעדן מיט חברים פאליטיק - גיי אהיים מיט דיינע קינדער מאכן די סעודה. פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען קומען מלאכים און זיי באגלייטן דעם מענטש ביזן שטוב (שבת קיט:), עס איז נישט קיין כבוד צו לאזן די מלאכים ווארטן ביז מען ענדיגט שמועסן, מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'ענט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רעא, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיַּד", מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; פון די אלע שמועסעלעך בלייבט גארנישט איבער, אנשטאט שמועסן אין שול פאליטיק, גיי אהיים און שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די פרשה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון תפילה.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום פאליטיק; ער לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער לעבט מיט תכלית; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - ווי אזוי העלף איך מיין קינד נישט צו ווערן אין כעס?
חינוך הילדים, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה וועגן מיין טאכטער וואס איז א יאר און א האלב אלט. זי איז קיין עין הרע זייער א זיס קינד. אבער זי ווערט זייער שטארק אויפגערעגט זייער גרינג און זי קען זיך נישט קאנטראלירן.


איך אליין ארבעט זייער אסאך אויף מיין אייגענע כעס, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף און אסאך אסאך תפילה בין איך אסאך בעסער היינט, און אפילו אזוי האב איך נאכאלץ וואס צו דאווענען אויף ווייטער.
וויאזוי קען איך איר העלפן צו צוברעכן די מידה ווען זי איז נאך יונג, ס'זאל נישט ווערן ערגער און שווערער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים-וילך, י"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט, יעדע מאשין און יעדע חפץ וואס מען קויפט קומט מיט מיט'ן מאשין אנווייזונגען (אינסטראקשנס) ווי אזוי זיך צו באנוצן דערמיט, אנדערש איז מיט קינדער, קינדער קומען אן קיין אנווייזונגען; ווען קינדער הייבן אן אונטער וואקסן ווייסט מען נישט ווי אזוי מען דארף זיי מחנך זיין, עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי אויפצוהאדעווען די קינדער, און אפילו מען ווייסט שוין יא ווי אזוי צו רעדן און ווי אזוי צו באהאנדלען א קינד, מיינט נאך נישט אז דער מיטל און מעטאד ארבעט ביי אלעמען, יעדעס קינד איז אן אנדערע וועלט, יעדעס קינד איז אן אנדערע געשיכטע, די מיטלען וואס ארבעטן ביי איינעם ארבעט נישט ביים צווייטן.


איין עצה איז דא פאר עלטערן, עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם איייבערשטן אויף יעדעס קינד באזונדער זי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן; ווי מער מען בעט, ווי מער מען וויינט צום אייבערשטן - אלץ מער נחת זעט מען.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#43 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס גייט נישט אין בית הכסא אין חדר?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר אלע התחזקות, סיי די דרשות און סיי די בריוו, מיר זענען מתפלל אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין צו ברענגען אלע אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיין אינגל איז 5 יאר אלט, ער גייט שוין צוויי יאר אין חדר, ער האט אבער א פראבלעם אז ער וויל בשום אופן נישט גיין אין בית הכסא אין חדר.


ביז יעצט פלעגט ער זיין נאר א האלבע טאג אין חדר, איז עס נישט געווען אזא גרויסע פראבלעם, כאטש וואס האט זיך געמאכט צומאל אז ער האט נאס געמאכט אין חדר. אבער יעצט גייט ער שוין אין חדר פאר לענגער, און ס'מאכט זיך אסאך אז ער ווערט נאס אדער ער פארשמירט זיך, און פארשטייט זיך אז דער מלמד שיקט אים ארויס, און ס'איז נישט קיין תכלית אזוי אנצוגיין.


מיר האבן שוין פרובירט אלע סארט וועגן, דער מלמד האט שוין אויך פרובירט, אויך מיט מתנות וכדומה, אבער דערווייל האט גארנישט געהאלפן. אמאל איז מיין ווייב געגאנגען אין חדר צו גיין מיט אים און נאר דעמאלט האט ער מסכים געווען.


מיר זענען מתפלל אסאך אויף דעם, אבער דערווייל זעען מיר נישט קיין ישועה. מ'האט אונז געזאגט זיך צו ווענדן צו מחנכים וואס וועלן אונז אפשר קענען העלפן, אבער דער ראש ישיבה שליט"א איז אונזער אדרעס צו פרעגן וואס מיר קענען טון דערצו.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט כח וועט איר נישט פועל'ן, עס וועט נאר ווערן ערגער און ערגער; אויב וועסטו האבן סבלנות וועט דאס אריבער גיין.


געב אכטונג ער זאל נישט ווערן פארשעמט; פרוביר צו מאכן צייט יעדן טאג אים צו העלפן. אדער דו אדער דיין ווייב זאלן מאכן א צייט צו קומען אין חדר אים טראגן אין בית הכסא עס זאל אים זיין גרינגער.


מיר האבן געהאט ביי אונז אין תלמוד תורה א קינד מיט'ן זעלבן פראבלעם, ער האט נישט געוואלט גיין אין בית הכסא און עס האט גארנישט געהאלפן, ער האט מסכים געווען צו גיין נאר מיט זיינע עלטערן; די עלטערן פלעגן קומען טאג טעגליך אים העלפן וכו', ביז ער איז ארויסגעקראכן פונעם פראבלעם.


געב אכטונג ער זאל נישט ווערן פארשעמט, ווייל פון דעם וועט ער נישט קענען ארויס קריכן; פון אלע פראבלעמען איז דא א וועג ארויס, אבער אויב א קינד ווערט פארשעמט, מען מאכט חוזק פון אים און מען טשעפעט אים - ווען ער וואקסט אויף וועט אים זיין זייער שווער.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט דיר - וועסטו זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - ווי אזוי האט מען כח צו אזויפיל קינדער?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען אויך מקרב צו זיין צענדליגע אינגעלייט צום ראש ישיבה שליט"א און זיי הערן מיר נישט אויף צו דאנקען.


מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און איך שעפ נחת פון מיינע ליכטיגע קליינע קינדער וואס לעבן מיט אמונה און רעדן צום אייבערשטן, אלעס אין זכות פונעם ראש ישיבה.


איך האב געוואלט פרעגן איבער האבן אסאך קינדער. איך האלט יעצט זעקס יאר נאך מיין חתונה, און איך האב ברוך ה' פיר קינדערלעך, ס'איז מיר אבער זייער שווער, איך קען זיך קוים אן עצה געבן מיט זיי, צווישן מיין ארבעט וואס איך ארבעט ממש טאג און נאכט.


מיין ווייב זאגט אז זי האט גענוג כח צו האבן נאך קינדער, דער פאקט איז אבער אז הערט נישט אויף צו שרייען אויף די קינדער א גאנצן טאג. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער וויל מ'זאל האבן קינדער, אבער איך דארף גרויס חיזוק אויף דעם. ובפרט אז איך האב לעצטנס געהאט די פערטע קינד, בשעת מיינע חברים האבן ווייניגער, און ס'שפירט זיך נישט אזוי אנגענעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר; איך בענק זיך זייער צו קומען קיין ארץ ישראל, שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל גיין אבער מען האט פארמאכט די גרעניץ - אין יוצא ואין בא, מען קען נישט גיין און קומען. מיר ווארטן יעדן טאג עס זאל זיך עפענען די גרעניצן און מיר זאלן קענען גיין קיין ארץ ישראל.


אז דיין ווייב האט כח, זי איז געזונט און שטארק - זאלסטו נישט זוכן קיין היתרים וכו'; גדולי הרבנים געבן היתרים וכו' ווען מען זעט ביי די פרוי אז זי האט נישט די כוחות וכו', נאר דעמאלט איז מען מתיר.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א געזונטע ווייב וואס וויל מגדל זיין א שטוב מיט קינדער; בוי איר אויף, געב איר חיזוק זי זאל האבן מער כח פאר די קינדער.


קוק נישט אויף קיין חברים און אויף אנדערע משפחות, מעסט נישט דיין לעבן מיט דיינע קינדער, וויפיל קינדער וכו' - לויט דיינע חברים; וואס ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ ביי יענעם אין שטוב? עס קען זיך דאכטן אז ביי יענעם איז גאלד ווען באמת איז יענער שטילערהייט א גרויסער רחמנות.


דאס וואס דו שרייבסט אז דיין ווייב שרייט אסאך אויף די קינדער; דאס האט נישט צוטון וויפיל קינדער מען האט, דאס איז א נאטור פון עלטערן, מען מיינט אז מען מוז שרייען אויף קינדער; אז דו וועסט איר מחזק זיין, דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועט זי מיט די צייט ווייניגער שרייען.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; די גרעסטע חסד איז ווען מען איז מחזק די ווייב און קינדער.


אז איך וועל זיין אין ארץ ישראל וויל איך קומען צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי געבט מען חשק פאר א קינד צו בענטשן און דאווענען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך בין באקום פון אייך.


איך בין א פרוי וואס מוטשעט זיך מיט מיין אכט יעריג אינגל, ער איז קע"ה א זיס קינד, אבער אסאך מאל איז שווער צו האנדלען מיט אים.


ער גייט צו א פלאץ וואו מ'העלפט אים ארויס מיט אלע סארט זאכן, און זיי ווילן אונז אויך געבן הדרכה ווי אזוי צו ארבעטן מיט אים, ווי אזוי צו זיין א גוטע מאמע. וויל איך וויסן אויב ס'איז כדאי צו גיין צו זיין פאר די הדרכה.


אויך וויל איך פרעגן איבער בענטשן. ער וויל זיך נישט וואשן און עסן ברויט, ווייל ער האט נישט קיין געדולד נאכדעם צו בענטשן, און דערנאך ווערט ער נערוועז ווייל ער האט נישט געגעסן געהעריג, ווי אזוי קען מען מאכן אז א קינד זאל האבן חשק צו בענטשן? ספעציעל פרייטאג צו נאכטס, ווען מ'ענדיגט שפעט די סעודה, איז זייער שווער אים צו מאכן בענטשן.


אויך ווען עס קומט צו גיין שבת אין שול, וויל ער זייער שטארק נישט גיין. וויפיל מ'פרובירט אים מיטצוגעבן גוטע נאש און דאס גלייכן, העלפט עס נישט.


אויך וויל איך פרעגן איבער דעם וואס איך פיר זיך צו זאגן די תפלת השל"ה צו מתפלל זיין אויף די קינדער יעדן טאג, ווי אויך נאך תפלות, אויב מ'מעג דאס זאגן אויך אום שבת קודש.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר די עצה פון רעדן צום אייבערשטער, ווער ס'האט עס נאכנישט פרובירט ווייסט נישט וואס ס'מיינט גוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע איבער זיך גיין לערנען ווי אזוי צו זיין א גוטע מאמע וכו'; דער רבי איז די בעסטע לערערין פאר אלע זאכן, דער רבי איז א דאקטער און א טעראפיסט; דער רבי לערנט אויס פערענטינג, ווי אזוי צו זיין א גוטע מאמע וכדומה.


וואס מען דארף וויסן אין לעבן קען מען טרעפן ביים רבי'ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די בריוו און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, דארט לערנט מען זיך ווי אזוי זיך אומצוגיין אין יעדן פרט אין לעבן.


אז איר שפירט אז איר דארפט יא גיין צו אנדערע זיך לערנען - קענט איר גיין, אבער ביים רבי'ן קענט איר אלעס לערנען.


בנוגע אז דער קינד זאל וועלן בענטשן וכו'; מען פרובירט מיט יעדן קינד אויף זיין וועג. הייבטס אן מיט די ערשטע ברכה; גייטס לאנגזאם, יאגטס אים נישט, לייגטס נישט ארויף אויף זיין קאפ א בארג; מאכטס עס גרינג פאר אים, וועט ער צוביסלעך אנהייבן בענטשן.


איר דארפט נישט ווארטן ביז עס ווערט שפעט וואס דעמאלט האט ער נישט קיין כח צו בענטשן, מאכטס מיט אים ער זאל בענטשן גלייך נאכן עסן און שפעטער קענט איר אויסצוען די סעודה מיט זמירות און שמועסן וכו', וכו'.


אזוי אויך מיט'ן דאווענען; לייגטס נישט ארויף דאס גאנצע דאווענען אויף איין מאל. גרייטס אים אן גוטע נאש, און אייער מאן זאל אים נעמען אין שול וואו ער זאל זיצן נעבן אים, און ווען מען זאגט קדושה און כתר זאל ער אים משחד זיין מיט די גוטע נאש.


בנוגע בעטן דעם אייבערשטן שבת אויף גוטע קינדער; אודאי קען מען בעטן דעם אייבערשטן שבת אויף גוטע קינדער, והא ראי', יעדע אידישע פרוי ווען זי צינדט אן די שבת ליכט, בשעת זי מאכט די ברכה און זי איז מקבל שבת - פארדעקט זי דאס פנים און זי בעט און וויינט פאר גוטע קינדער.


מען דערציילט נאך פון פריערדיגע צדיקים ווי זייערע מאמעס פלעגן בעטן ביי די ליכט, זיי פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו בנים צדיקים; זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דאווענען און בעטן פאר אייערע קומענדיגע דורת זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - ווי אזוי קען איך ווייטער ארבעטן אז מיין מאן זאל קענען לערנען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר ענטפערן מיין שאלה איבער וואס צו טון מיט די דרויסנדע השקפות פון די חברים פון די קינדער. איר האט מיר געגעבן אסאך חיזוק מיט דעם בריוו.


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה וואו דער ראש ישיבה שרייבט פאר א פרוי אז יעצט אז זי איז א מאמע איז איר פלאץ אינדערהיים. אויך אין אן אנדערע בריוו האט איר געזאגט פאר א פרוי אז ס'איז גוט וואס זי האט געטון אז זי איז נישט געקומען צו די פרויען מסיבה ווייל זי דארף האבן כח, און נישט גייען שלאפן שפעט.


וויל איך פרעגן, דער אויבערשטער האט אונז געבענטשט ברוך ה' מיט דריי קינדער, די עלטסטע איז צוויי און א האלב יאר אלט. ביז יעצט זענען אלע ברוך ה' געווען אינדערהיים מיט מיר. יעצט האט די עלטסטע מיידל אנגעהויבן ארויסצוגיין.


איך בין געבענטשט מיט א מאן וואס וויל נאר לערנען און דאווענען א גאנצן טאג. ער האט נישט קיין שום אינטערעסט אין ארבעט - און איך בין גאר פרייליך מיט דעם.


כדי ער זאל קענען לערנען און דינען דער באשעפער, ארבעט איך, מיין ארבעט איז אינדערהיים פון 6 ביז 12 ביינאכט. עס איז מיר שווער צו ארבעטן אזוי שפעט ביינאכט, אבער איך קען נישט ארבעטן בייטאג ווייל די ארבעט איז אויפ'ן קאמפיוטער און מיר ווילן נישט אז די קינדער זאלן זיין דארט ווען איך ארבעט אויפ'ן קאמפיוטער. למעשה בין איך אבער זייער אפגעשוואכט, איך בין נאכאלץ א קימפעטארן, איך האב בחסדי השם דריי פיצעלעך אינדערהיים, און איך שפיר אז איך קען זיך ממש נישט קיין עצה געבן. פון די אנדערע זייט וויל איך אבער נישט שטופן מיין מאן צו גייען ארבעטן - אפילו מיר האבן געטראכט ער זאל ארבעטן אין א הייליגע ארבעט אזוי ווי סופרות, איך בין זייער צופרידן אז ער לערנט און דאווענט א גאנצע טאג.


אפשר האט דער ראש ישיבה א עצה פאר אונז ווי אזוי ער קען ווייטער לערנען, איך זאל קענען אכטונג געבן אויף די קינדער און האבן כח פאר דעם, און מיר זאלן אויך קענען האבן עפעס א פרנסה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז. מיין מאן און איך פרובירן צו הערן די חיזוק יומי יעדן טאג ביי פרישטאג מיט די קינדער. עס לעבט ממש אויף. מיר ווארטן יעדן וואך פאר די הערליכע גליון היכל הקודש און דער קונטרס עצתו אמונה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאן ער זאל קענען לערנען און דאווענען; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז זיך מוסר נפש אז איר מאן זאל לערנען די הייליגע תורה.


די שענסטע זאך איז דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט גאר פרייליך מיט דעם וואס איר קענט האבן א חלק אין זיין עבודת השם.


עס פעלט נישט אויס אז איר זאלט ארבעטן שפעט ביינאכט, איר קענט ארבעטן בייטאג; אייערע קינדער מעגן זען אז איר ארבעט, מען דארף זיך נישט באהאלטן מיט גוטע זאכן. איר קענט ארבעטן בייטאג, אין די שעות וואס איר זענט אויסגערוט און ביינאכט זאלט איר זיך גוט אויסרוען כדי איר זאלט קענען זיין א רואיגע און געזונטע מאמע.


מאכטס אייך גרינגער כדי איר זאלט האבן כח צו אייערע קינדער און איר זאלט קענען ווייטער העלפן אייער מאן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - וואס טוט מען ווען דעם שכנ'ס קינד פירט זיך נישט ערליך מיט מיר?
חינוך הילדים, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורים. איינע פון די קינדער פון אונזערע שכנים איז יעצט געווארן בר מצוה. די משפחה איז זייער א ערליכע גוטע משפחה, מיר האבן זייער א גוטע קשר מיט זיי. דער קינד איז זייער עקטיוו און נאכנישט עכט געוואקסן, ער פירט זיך נאך ווי א קלענערער קינד, און פון מאל צו מאל רירט ער מיך אן, דאס שטערט מיר זייער שטארק, ווייל איך ווייס אז דאס איז א גרויסע עבירה. וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער ווייסן גארנישט פון זיך אליין, קינדער דארף מען מחנך זיין. אז מען זאגט זיי, מען לערנט זיי אויס ווי אזוי זיך צו פירן - וועלן זיי זיין גוט און וואויל; ווי עס זעט אויס האט מען דעם קינד נישט געלערנט, זיינע עלטערן האבן אים נישט מחנך געווען אכטונג צו געבן פון פרעמדע פרויען און מיידלעך. זאלט איר אים זאגן איינמאל, צוויי מאל מיט א שמייכל: "יעצט ביסטו שוין א גרויס קינד, דארפסטו וויסן אז מען טאר נישט אנרירן א פרעמדע פרוי, נאר דיין מאמע מעגסטו אנרירן"; מען זאגט דאס איינמאל, צוויי מאל מיט א שמייכל; אז ער פארשטייט איז גוט און אז נישט זאגט מען דאס א דריטע מאל מיט אן ערנסטן פנים, אזוי וועט ער זען אז דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, איר מיינט דאס ערנסט און דאס איז נישט קיין געלעכטער, וועט ער אכטונג געבן.


דאס וואלט איר אים שוין געדארפט לערנען יארן צוריק, פאר ער וואקסט אויף, נישט ווארטן ביז ער ווערט בר מצוה; יעצט איז שוין אביסל שפעט, ווי יונגער מען לערנט אויס קינדער ווי אזוי זיך צו פירן איז דאס גרינגער פאר יעדן, סיי פאר'ן קינד און סיי פאר יעדן איינעם.


עלטערן ווייסן נישט ווי שטארק חינוך איז; אז מען שטעלט אוועק קינדער אויף א גלייכע וועג יונגערהייט וואקסן זיי ערליך און געזונט, קליינע קינדער איז גרינגער צו בייגן און אויסגלייכן זיי זאלן וואקסן שיין גראד. קליינע קינדער דארף מען לערנען צניעות; אינגלעך שפילן מיט אינגלעך און מיידלעך שפילן מיט מיידלעך. מען לערנט זיי שמירת עינים, מען לערנט זיי איידלקייט - דעמאלט וואקסן זיי אויף ווי עס דארף צו זיין


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.