שאלה אין קורצן ענין
#207 - דערציילט וואס ער איז אריבער אלס קינד ווען קיינער האט אים נישט אויסגעלערנט
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


אני לכאורה מבוגר ממך בשנים, ואני ב"ה איש מצליח, יש לי משפחה ועבודה ב"ה וב"ש, אבל במסתרים תבכה נפשי בנסיונות של קדושה שיש לי מאז שאני זוכר את עצמי.


אני לא חסיד של ברסלב בכלל, וגם איש נכבד במקום שאני נמצא, אבל מישהו שלח אלי קלי"פ מדרשה שאמרת לבחורים בישיבתך, ובאתי בזה לחזק ידך ולשבח מעשיך.


כשאני הייתי ילד אני זוכר שהיה לי חבר שעשיתי עמו דברים נוראים ביחד. לא הייתי ילד רע בכלל, הייתי מהכי טובים של הכיתה בחדר, מהכי הכי; אבל לא ידעתי, הייתי קצת נאיוו ולא הבנתי רמזים "כפי שאתה אומר בהדרשה שלך". אבל הכי כואב זה שבימי הבר מצוה אני זוכר שאמרתי להחבר שלי שהרבי אמר שמשהו שאינו מצוה הוא עבירה, וזה שאנחנו עושים בסתר אינו לכאורה מצוה ואולי זהו עבירה וממילה לא נעשה את זה יותר; זהו עד היכן התמימות שלי היה. [וברור לי שלא הייתי בן יחיד בזה]. ויש לי טענות גדולות על ההנהלה, אולי באם היה שם מישהו כשהייתי קטן שיהיה לו האומץ להגיד את זה ברבים, לא הייתי עובר עכשיו כשאני כבר מחתן ילדים בעיות כל כך חמורות בעניני קדושה.


ע"כ אני רק רוצה לחזק אותך בזה, ויעזור השי"ת שיהיה לך הרבה הצלחה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט הערן אזעלכע מעשיות וואס דו שרייבסט; וואס זאלן מיר טון אז מען לערנט נישט מיט קינדער און בחורים זיי זאלן זיך היטן פון עבירות, זיי זאלן זיין נזהר אין שמירת הברית... דאס דארפן מיר זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, אידישע קינדער ווילן זיין גוט, זיי ווייסן נישט וואס צו טון, מען לערנט נישט אויס פאר קינדער און בחורים וואס צו טון; אפילו די ערליכע מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן אויך נישט קלאר, מען רעדט נאר מיט רמזים, מען זאגט פאר די קינדער אז מען דארף זיין ערליך און אפגעהיטן וכו'", קינדער פארשטייען נישט וואס מיינט וכו' וכו', מען דארף רעדן קלאר און דייטליך, מען זאל וויסן וואס מען טאר נישט טון.


עס איז ידוע אז דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן אלע מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער וועגן שמירת הברית, עס איז געווען געוויסע רבנים ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, ווייל אז מען וועט רעדן וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הינדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזיכט דעם מלמד אים צו טרעפן, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן צו וויינען, איך האב זייער שטארק געוויינט 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער געזאגט פאר די מלמדים, דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט אין די לעצטערע יארן געהאט א מחלה לא עלינו אויפן פלאץ וואו מען גייט ארויס, ער האט געדארפט האבן א קאטערער ארויס צו גיין לצרכיו, און ער האט געהאט זייער שטארקע יסורים. האט דער הייליגע חתם סופר זי"ע געזאגט: "איך האב זיך מתבונן געווען פארוואס איך האב באקומען דעם שטראף, איך האב דאך קיינמאל נישט פוגם געווען בברית, נאר וויבאלד איך האב גערעדט צו ווייניג צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, איך פלעג רעדן נאר איין מאל א יאר ביי די 'כל נדרי דרשה' צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, דערפאר האב איך באקומען דעם עונש".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דערפאר זאלסטו זען צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און זיי פארשפרייטן אויף די וועלט, אז נאך אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, און אונז שיקן משיח צדקינו, ער וועט אונז לערנען אז מיר אלע זאלן תשובה טון, און ער וועט אונז אויסלייזן פון אונזער ביטערן גלות, אמן.

#206 - זאל איך קויפן א פיש טענק?
חינוך הילדים, ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע גרויסע קינדער ווילן אז איך זאל זיי קויפן א פיש טענק, וויל איך פרעגן אויב ס'איז דא עפעס א פראבלעם דערמיט פאר די חינוך פון די קינדער.


א גרויסן יישר כח.


יוחנן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוחנן נרו יאיר


עס איז נישט גוט צו האלטן אין שטוב קיין שום בעל חי, ווייל עס ברענגט נאר צרות בגשמיות וברוחניות, בפרט אויב מען פארגעסט צו געבן עסן פאר די בעלי חיים באקומט מען א גרויסער עונש.


עס איז באוואוסט די מעשה אז א פארפאלק וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער זענען געקומען צום אר"י הקדוש בעטן א ברכה אויף קינדער, האט דער אריז"ל זיי געזאגט: "דאס וואס איר האט נישט קיין קינדער איז, ווייל איר האט א הינער שטייג ביי אייך אין חצר וואו איר האדעוועט הינער, דארט איז געשטאנען א לייטער וואס אויף דעם פלעגן די הינער ארויף גיין און אראפ גיין טרינקען וואסער, אבער אזוי ווי די פרוי האט אוועק גענומען די לייטער שלא בכוונה, דערפאר איז זי געשטראפט געווארן אז זי האט נישט קיין קינדער". זעט מען ווי הארב עס איז ווען מען טשעפעט בעלי חיים.


דערפאר איז נישט כדאי צו האלטן אין שטוב קיין שום בעלי חיים; זאלסט מסביר פאר דיינע קינדער די הארבקייט פון צער בעלי חיים.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, חלק ב', סימן ד): "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִלְּצַעֵר אֶת בַּעֲלֵי חַיִּים, כִּי יַזִּיק לוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט צו טשעפען בעלי חיים, ווייל אז מען איז מצער בעלי חיים וועט עס ברענגען א היזק פארן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#205 - מיין בחור האט א סמארטפאון, איך וויל אים הרג'ענען
חינוך הילדים, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך ווייס אז מיין בחור האט א סמארטפאון, (דער צווייטער, מיין ערשטער איז שוין ליידער אוועק געפאלן). צו פארשטיין ווי שטארק אויפגערעגט איך בין, וועל איך אייך זאגן אז איך וויל אים ממש הרג'נען, איך וויל אריינלייגן סם אין זיין עסן. וואס טו איך?


יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע דיין צער וואס דו גייסט אריבער אז איין זון איז דיר שוין ארויס געפאלן פון דיינע הענט, יעצט זעסטו ווי דיין צווייטע זון גייט אוועק פון דיר; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש האט א צרה אין שטוב, דארף ער אכטונג געבן אז עס זאל נישט ווערן פון די צרה - צרות צרורות... למשל, ווען עלטערן זעען ווי א קינד גייט אראפ פון וועג, דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו פארלירן וועגן דעם קינד - נאך קינדער, מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות נישט אריין צו פאלן אין מרה שחורה, ווער רעדט נאך פון באשולדיגן איינער דעם צווייטן. דער מאן זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב זיין ווייב, ווייל זי איז געווען צו ווייעך צום קינד, די ווייב זאגט אז דאס האט פאסירט צוליב איר מאן, ווייל ער איז געווען צו שטרענג צו אים וכו', וואס פאסירט? די גאנצע משפחה צעפאלט.


ליידער הער איך זייער אסאך פון בחורים וואס פארציילן מיר אז זיי האבן נישט קיין שטוב; זייער טאטע איז שוין נישט דער אלטער טאטע, די מאמע איז שוין נישט די ווארעמע מאמע פון אמאל. זייט איינע פון די ברודערס האבן אוועק געגליטשט האבן מיר אלעס פארלוירן, מען באשולדיגט זיך אליין, אדער באשולדיגט איינער דעם צווייטן, און דאס קען גורם זיין צו פארלירן א גאנצע שטוב השם ישמרינו.


דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף דיין זון אז דו ווילסט אים פאר'סמ'ען; וויסן זאלסטו אז דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו האט געהאט א זון וואס איז אראפ פון אידישע וועג רחמנא לצלן, מיט דעם אלעם פלעגט דער הייליגער באר מים חיים אים געבן עסן, קליידער און אים געהאלטן אין שטוב וכו'. יעדן ציפרי ווען דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז אויפגעשטאנען, האט ער געזאגט פארן באשעפער: "רבונו של עולם, קוק וואס איך טו מיט מיין זון, אפילו ער פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, דאך געב איך אים עסן און אלע זיינע הצטרכות'ער. איך בין נאר א בשר ודם, איז דאך זיכער אז דו רבונו של עולם, וואס דו ביסט דער אב הרחמן, טוב ומיטב, ורב חסד, זאלסטו זיכער העלפן אידישע קינדער מיט אלעס וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין".


מיט דעם טייטשט דער הייליגער רבי מאיר'ל מפרימישלאן זכותו יגן עלינו (דברי מאיר, פרשת תולדות) דעם פסוק (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו"; ווי קען מען זאגן אויף יצחק אבינו אז ער האט ליב געהאט עשו הרשע? זאגט ער, אז יצחק אבינו האט דאס געטון, נאר "כִּי צַיִד בְּפִיו", ער זאל קענען מיט דעם מנצח זיין דעם אייבערשטן, ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, קוק ווי איך געב פאר עשו וואס ער דארף, איך האב אים ליב אפילו ער גייט נישט בדרך הישר, זאלסטו אודאי העלפן אידן מיט וואס זיי דארפן, אפילו זיי פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין", עיין שם. זעט מען ווי אזוי צדיקים האבן זיך געפירט מיט זייערע קינדער ווען זיי זענען נישט געגאנגען בדרך הישר.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן תיקון הכללי. וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן די תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער ר' נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט ר' נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, און תפילה האט דאך א גרויסן כח, און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען ר' נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט, האט ער געזאגט פאר זיין חבר ר' נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן". זעט מען פון די מעשה, אז אנשטאט מען זאל זיך וועלן הרג'ענען אדער הרג'ענען דעם קינד, איז דא א בעסערע וועג - דאווענען צום אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דערפאר טייערער ברודער, שטארק דיר; טראכט נישט קיין נארישע מחשבות ווי אזוי דו קענסט חס ושלום פטר'ן דיין זון, איך ווייס אז דיין צער איז זייער גרויס און מען קען דאס נישט אויסהאלטן, אבער מיר האבן א גרויסע באשעפער וואס ער פירט דער וועלט, מיר פארשטיין נישט דרכי המקום ברוך הוא, מיר דארפן נאר מתפלל זיין צו אים. ווען מען בעט אים העלפט ער, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות נישט אויפצוהערן בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיינע קינדער זאלן תשובה טון און דו זאלסט האבן נחת פון זיי און פון אלע קינדער.

#204 - איך האב עטליכע שווערע קינדער אין קלאס, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


מ'האט מיך אנגענומען דאס יאר אלס מלמד אין א נייע תלמוד תורה אין כיתה ז', ב"ה ס'איז זייער א פיינע קלאס מיט קינדער פון חשובע היימישע שטיבער, און אויך דער מנהל איז זייער גוט צו מיר, און ער רעספעקט מיין שווערע ארבעט וואס איך לייג אריין אין די קינדער.


איך האב אבער אפאר געציילטע קינדער וואס מאכן מיר זייער שווער, זייער הערן בכלל נישט צו וואס איך רעד צו זיי, נישט פאר שלעכטקייט נאר זיי הערן טאקע נישט, זיי זענען זייער פאר'חלומ'ט און זיי הערן פשוט נישט אז מ'האט גערעדט צו זיי, ביז ווען מ'זאגט אפאר מאל וועקן זיי זיך אויף.


אויך איז דא א קינד, גראדע מיט א גאנץ פיינע קעפל, אבער א גאנצן פארלערנען מאכט ער מיט די הענט כאילו ער שיסט יעצט באמבעס אויף איינעם און ער מאכט די גערודער ווי באמבעס פליען. איך האב געמיינט אנפאנג אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענונג, אבער איך זע אז ס'פעלט אים ממש גארנישט, ער האט א פיינע קעפל און ביים שפילן איז ער פון די בעסטע, אויך דאס לערנען קען ער שנעל אויפכאפן, אבער אינמיטן פארלערנען פליט ער ערגעץ אוועק ואיננו.


איך האב שוין פרובירט אסאך מיטלען, אבער ס'גייט זייער שווער, ס'קוקט אויס ווי זייער מח איז בכלל נישטא. דער מנהל זאגט אז ס'איז אזוי ביי אסאך קינדער און זיי וואקסן עס אויף שפעטער, אבער מיר שטערט עס זייער שטארק, איך וויל אז יעדער קינד זאל מצליח זיין, איז דא עפעס אן עצה?


א גרויסן יישר כח.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


א מלמד דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; ווייל אויב א מלמד איז מיד, ער איז נישט געשלאפן געהעריג, קען ער שנעל ווערן אויפגערעגט חס ושלום און ער קען צוקומען צו שלאגן וכו', אדער אז א מלמד עסט נישט געהעריג, ער איז הונגעריג, קען ער חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי אז דו זאלסט זיין גוט אויסגערוהט וועט דער גאנצער טאג דיר גיין גרינגער.


איך וויל דיר מיטטיילן א שיינע מעשה וואס וועט דיר צוניץ קומען; א מלמד האט זיך אויסגערעדט פאר זיינס א חבר אז ער האט א פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין כתה, יעדע ערב ראש חודש ווערן די קינדער אזוי שלעכט צו אים, זיי נעמען אים ממש ארויס פון די כלים ביז ער שלאגט זיי, "איך ווייס נישט פון וואו די קינדער ווייסן ווען עס איז ערב ראש חודש; א גאנצן חודש איז אלעס פיין און וואויל ביז עס קומט ערב ראש חודש, דעמאלט ווערן זיי געפערליך צעווילדעוועט וכו'"; דער חבר האט גלייך פארשטאנען אז עפעס גייט פאר מיטן מלמד אליין, נישט מיט די קינדער; פרעגט ער דעם מלמד: "זאג מיר, וואס איז דיין סדר היום יעדן ערב ראש חודש?" זאגט דער מלמד פאר זיין חבר: "יעדן ערב ראש חודש פיר איך מיר אז איך שטיי אויף גאר פרי און איך זאג אויס תהילים, אויך האב איך אן הנהגה נאך פון אלץ בחור צו פאסטן יעדן ערב ראש חודש וכו'", זאגט אים דער חבר: "שוין, דארפסט נישט מער רעדן, האסט שוין אלעס פארציילט; נישט די קינדער זענען די פראבלעם, די קינדער זענען טייערע קינדער, זאגסט דאך אליין אז זיי זענען וואויל א גאנצע חודש, נאר דער פראבלעם איז אז דו פאסט יעדן ערב ראש חודש, און אז מען עסט נישט ווערט מען שנעלער נערוועז וכו'. איך האב פאר דיר צוויי עצות, אדער הערסטו אויף צו פאסטן אזוי ווי די הלכה איז אז א מלמד טאר נישט פאסטן, אדער אויב דו ווילסט נישט אוועק גיין פון דיין מנהג, זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד וואס זאל דיר איבער נעמען יעדן ערב ראש חודש".


א מלמד דארף וויסן א כלל, אמת טאקע, עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף שמחות פון משפחה וכו', אבער אזוי ווי יעדער איינער האט דאך געבענטשטע משפחות כן ירבו, עס קומט אויס כמעט יעדע וואך שמחות וכו', דארף א מלמד וויסן אז ער טאר נישט אריין גיין אין כתה אויב איז ער נישט גוט געשלאפן, ווייל מען קען חס ושלום פארשעמען א קינד בלויז ווייל מען איז מיד.


איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א שיינע מעשה מיט א מלמד. די עלצטע כתה ביי אונז אין תלמוד תורה דאווענט שחרית און מנחה צוזאמען מיט די בחורים, איין טאג זע איך ווי א קינד זיצט און קייט גאם בשעת'ן דאווענען, איך טראכט צו מיר: 'איך וויל זען וואס דער מלמד גייט דא טון מיטן קינד וכו'', איך זע ווי דער קינד האלט אין איין קייען די גאם ביז דער מלמד האט דאס באמערקט, דער מלמד האט צוגערופן דעם אינגל, איך טראכט צו מיר: 'וואס קומט יעצט, א פראסק? א שריי?' אבער איך זע ווי דער מלמד רופט אים צו זייער נאנט צו זיך, ער בייגט זיך צו צו זיין אויער, און זאגט אים עפעס. דער קינד גייט ארויס פון שול, ער קומט צוריק אריין כאילו לא הי'. רוף איך צו דעם קינד, איך פרעג אים: "וואס האט דיין רבי דיר געזאגט שטילערהייט?" זאגט דער קינד: "מיין רבי האט מיר געזאגט, איך זאל ארויסגיין פון שול אויסשפייען מיין גאם און איך זאל אנהייבן דאווענען".


ווען דער מלמד וואלט ווען נישט געשלאפן יענע נאכט, וואלט ער נישט געהאט קיין ישוב הדעת, נאכן רופן דעם קינד וואלט ער אים דערלאנגט א פראסק, אדער א ציפ, אדער א שריי וכו', אבער וויבאלד דער מלמד איז געווען אויסגערוהט און רואיג וכו', האט ער שיין גערעדט צום קינד. ווען דער קינד גייט גרעסער ווערן און אויפוואקסן וועט ער געדענקען אז זיין רבי האט אים ליב געהאט, ער גייט געדענקען ווי שיין זיין רבי האט גערעדט צו אים, אז זיין רבי האט זיך גערעכנט מיט זיינע געפילן, דער קינד גייט בלייבן אן ערליכער איד. דערפאר, אז דו גייסט צו שמחות, דארפסטו נעמען א צווייטן מלמד זאל דיר איבער נעמען פארן קומענדיגן טאג, אדער זאלסטו אהיים גיין פרי פון די שמחה.


דאס וואס דו פרעגסט אז דו האסט א קינד אין דיין כתה וואס ווערט זייער פארטראכט אינמיטן לערנען, ער מאכט מיט די הענט כאילו ער שיסט מיט א גאן וכו'; דאס קומט פון קוקן מאוויס אדער שפילן געימס אויפן קאמפיוטער וכו'. עלטערן כאפן נישט אז ווען מען געבט פאר א קינד א קאמפיוטער צו שפילן דערויף געימס, נעמט דאס אוועק דעם מח פונעם קינד. ווען דער קינד זיצט אין חדר גייט דער קינד צוריק צו זיין קאמפיוטער, ער ווערט אזוי אריין געטון אין דעם אז ער פארגעסט זיך וואו ער זיצט, ער הייבט אן מאכן מיט די הענט ווי ער האלט א ביקס און ווי ער שיסט. דאס קומט פון קוקן מאוויס וואו מען שיסט וכו', אדער פון געימס וואס מען שפילט אויפן קאמפיוטער.


דערפאר, עלטערן וואס ווילן האבן נחת פון זייערע קינדער, עלטערן וואס ווילן אויפשטעלן א ערליכע שטוב, דארפן אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער א.ד.ג.; ענדערש זאלן די קינדער טאנצן און שפרינגען, אדער שפילן מיט שפילצייג וכו', וואס דאס ציט זיי נישט אוועק זייער מח.


דיין שאלה וואס דו פרעגסט וכו'; קודם איז משמע אז דו פרעגסט וואס דו קענסט טון מיט דעם קינד ווייל ער שטערט דיר וכו', נאכדעם שרייבסטו אז עס טוט דיר וויי ווייל דו ווילסט אז דער קינד זאל מצליח זיין; דאס איז צוויי זאכן - ווען א קינד לערנט נישט, ער איז פאר'חלומ'ט, דאס איז איין זאך. נאכדעם איז דא א קינד וואס שטערט אנדערע - ער שטערט דעם מלמד, ער איז אן עזות פנים, דאס איז א צווייטע זאך.


א מלמד, א מחנך דארף וויסן דעם כלל, אזוי וועט ער מצליח זיין; ווען א קינד שטערט די כתה, דעמאלט קען נישט דער מלמד ווארטן ווי לאנג די גאנצע כתה וועט ווערן איבערגעדרייט, נאר מען דארף קנס'נען דעם קינד וכו'. אבער ווען דער קינד שטערט נישט די כתה, סך הכל האלט ער נישט מיט די לימודים, אדער ער דאווענט נישט וכו' - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, ביי דעם פאל דארף דער מלמד פרובירן אים צו משחד זיין וכו' נאכאמאל און נאכאמאל, דער מלמד דארף האבן סבלנות. אויב האט דער מלמד שוין פרובירט אלע וועגן, און מיט דעם אלעם זעט ער אז דער קינד האלט נישט מיט די לימודים וכו', דארף דער מלמד טון וואס די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, הלכות מלמדים, סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִילוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת, לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", אפילו א קינד וואס פארשטייט נישט וואס מען לערנט, זאל מען אים נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים, אוּלַי יָבִין", ער זאל בלייבן זיצן מיט די קינדער וואס פארשטיין יא, אפשר וועט ער יא זוכה זיין צו פארשטיין.


דאס איז ווען דער קינד האלט נישט מיט, אבער אז א קינד שטערט די גאנצע כתה, מען קען נישט אנגיין מיט די לערנען וכו', דעמאלט איז עפעס אנדערש, דעמאלט דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט שטערן.


געווענליך די קינדער וואס מאכן פראבלעמען פאר זייער מלמד, זענען בדרך כלל זייער צעבראכנע קינדער. קיינער קוקט נישט אויף זיי, זיי באקומען נישט קיין שום אויפמערקזאמקייט, זוכן זיי אויף א נישט גוטע וועג מען זאל קוקן אויף זיי, דארפאר זוכן זיי צו שטערן דעם מלמד פון פארלערנען, ווייל דעמאלט איז די איינציגסטע צייט וואס אנדערע קינדער וועלן לאכן צו זיי און זיי וועלן באקומען תשומת לב. ווען מען נעמט אפיר די סארט קינדער, מען רעדט צו זיי פריוואט, זעט מען אז זיי זענען זייער צעבראכענע קינדער, זיי ווילן נישט זיין שלעכט, זיי שטערן נישט להכעיס, זיי טוהן דאס אומוועלנדיג נאר כדי צו געוואונען אביסל אויפמערקזאמקייט.


א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי. ווייל איינמאל מען געוואונט זיי, דער מלמד האט זיי אויף זיין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות, אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", א מלמד דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו ערליכע תלמידים, וואוילע תלמידים - ווייל אן תפילה גייט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#203 - ווי אזוי רעדט מען צו קליינע קינדער וועגן דעם אייבערשטן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק, איך זע עס יעדן טאג, עס מאכט מיך גוט, און מיין גאנצע שטוב מאכט עס גוט.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מען רעדט צו קליינע קינדער וועגן דעם אייבערשטן? ווען זיי שפילן זאגן זיי 'איך בין די גרעסטע', 'ניין, דער אייבערשטער איז גרעסער', זיי טראכטן אז דער אייבישטער איז א גוף און ער איז ערגעץ, און ער איז גרויס. איך געדענק ווען איך בין געווען קליין האב איך אין בעט געטראכט ווי אזוי דער אייבערשטער זעט אויס, אפשר אזוי ווי א... (איך וויל נישט זאגן ווייל עס איז א שאנדע פאר'ן אייבערשטן צו שרייבן וואס איך האב געטראכט) אבער אזוי האב איך געטראכט, אפשר אזוי ווי...


מיין קשיא איז, אפשר איז נישט גוט צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, ווייל קינדער מיט זייער קליינע קעפל כאפן עס נישט געהעריג. אבער למעשה דארף מען זיי דאך מחנך זיין, און אסאך רעדן אז אזוי זאלן זיי רעדן צום אייבערשטן ווען זיי ווערן גרויס, אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט אין די דרשות.


אויך לערן איך זיי אויס צו רעדן צום אייבערשטן, אבער איך טראכט אז זיי זעען אז זיי בעטן און זיי ווערן נישט געהאלפן, טראכטן זיי אז עס איז א ליגנט.


אויך ווען איך בין געווען קליין האב איך געטראכט ווער האט באשאפן דעם אייבערשטן, ממילא טראכט איך אז אפשר דארף מען זאגן פאר קינדער אז מען טאר עס נישט טראכטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער, ווי יונגער זיי זענען, איז זייער אמונה אסאך שטערקער, ווייל זייער נשמה איז נאך אינגאנצן ריין. דערפאר זעט מען ביי זיי א שטארקע תמימות; זייער דאווענען און לערנען איז זייער איידל און ריין, ווייל זייער אמונה איז קלאר. אבער ווי עלטער מען ווערט און מען הייבט אן נאכצוגיין דעם יצר הרע, ווערט זייער אמונה אפגעשוואכט. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל הָאָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט ברענגט דאס אים צו האבן קשיות אויף די אמונה. אבער קינדער, וויבאלד זיי האבן נאכנישט געזינדיגט, זענען זיי זייער שטארק מיט אמונה.


וואויל איז פאר עלטערן וואס לייגן אריין אמונה אין זייערע קינדער; יעדע זאך וואס די קינדער דארפן, יעדע זאך וואס זיי בעטן פון די עלטערן, זאלן די עלטערן זאגן פאר די קינדער: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "פארצייל פארן אייבערשטן", אזוי וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן, תמימות'דיגע אידן. ווען זיי וועלן ווערן גרעסער וועט זיין ביי זיי א דבר פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה.


דאס וואס איר האט מורא אז זיי וועלן אמאל בעטן עפעס דעם אייבערשטן, און זיי וועלן נישט באקומען וואס זיי בעטן, וועט דאס גורם זיין אז זייער אמונה וועט ווערן שוואכער; קודם כל דארף מען וויסן אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען וואס מען בעט, אזוי ווי מיר זאגן ביים דאווענען: "ברוך אתה ה' שומע תפילה", דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה וואס א מענטש בעט. דאס וואס מיר זעען אז מען בעט און מען בעט און מען זעט נאך נישט די ישועה, דארף מען וויסן אז דער אייבערשטער ווייסט וואס עס איז דאס בעסטע פארן מענטש. מיר דארפן האבן אמונה און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אפילו וואס זעט אויס שלעכט, אזוי אויך אז די תפילה וואס מען האט געבעטן בלייבט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט די תפילה און לייגט דאס אוועק פאר אנדערע ישועות.


ווען קינדער קומען און זאגן "מיר האבן שוין געבעטן און מיר ווערן נישט געהאלפן", דארף מען זיי אויסלערנען אז דער אייבערשטער ווייסט אז די זאך איז נישט גוט פאר אונז וכו', דער אייבערשטער נעמט אונזערע תפילות און ער לייגט דאס אוועק פאר אנדערע זאכן, ווייל קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן.


דער עיקר דארף מען געדענקען, אויב מען וויל מצליח זיין מיט קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. מען האט אמאל געפרעגט א ברסלב'ער חסיד, ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב באקומען גוטע קינדער אזוי ווי מען רייסט אראפ אן עפל פון בוים? איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן מיט טרערן, נאכדעם האב איך גענומען מיינע טרערן און זיך אפגעווישט דעם פנים מיט די טרערן; איך האב געבעטן, רבונו של עולם, געב מיר ערליכע קינדער, זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים, זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון עבירות וכו' וכו'".


דערפאר דארפן עלטערן געדענקען צו מתפלל זיין פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער און שעפן פון זיי אסאך אידיש נחת.


דער אייבערשטער זאל ענק העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.

#202 - מעג איך לאזן מיין קינד ביים בעביסיטער מער פון וויפיל ס'פעלט אויס?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה פאר אלע עצות און חיזוק.


אזוי ווי איך ארבעט א גאנצע וואך, אויסער דאנערשטאג, און די ארבעטס פלאץ שטעלט צו בעיבי-סיטינג, און אזוי ווי איך וויל אויסנוצן דעם דאנערשטאג טאג אנצוגרייטן פאר שבת, רייניגן די הויז, קאכן, וואשן וכו', האב איך שוין עטליכע מאל געטראגן מיין בעיבי צו די בעיבי-סיטער דאנערשטאג (וואס מיין קינד האט זייער ליב צו זיין דארט), אבער זייענדיג אינדערהיים טוענדיג די ארבעט האב איך געפילט זייער שלעכט, טראכטנדיג אז די איינע טאג אין די וואך וואס איך האב פריי וואלט איך אפשר ענדערש געדארפט אויסנוצן צו פארברענגען מיט מיין קינד.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה צי דאס איז סתם עצת היצר, וואס וויל מיר מאכן פילן צוקלאפט, אז איך טו נישט גענוג אלס א מאמע, אדער אלץ א מאמע מעג איך מיך ערלויבן צו האבן די פאר שעה רואיג צו טון מיין ארבעט, און פארברענגען קען מען גענוג און נאך פרייטאג און שבת, און יעדן טאג נאך די ארבעט.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


 


יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער קינד איז צופרידן דארט וואו ער גייט א גאנצע וואך, איז נישט קיין פראבלעם אז מען שיקט אים אהין און מען רוהט זיך אביסל אפ, ווייל אז מען האט אביסל צייט אינמיטן טאג זיך אפצוריען קען מען נאכדעם זיך מער אפגעבן מיט די קינדער.


מען דארף שטענדיג געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רס"ט): "וואס מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס"; א מענטש טאר זיך קיינמאל נישט ארום דרייען מיט א שילד געפיל אויף זיין פארגאנגענהייט, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי".


מען זעט אז די תורה הייבט זיך אן מיטן אות 'ב', וואס איז פארמאכט פון אלע זייטן עס איז אפען נאר אויף פאראויס; דאס קומט אונז לערנען אז אויב מען וויל מצליח זיין, טאר מען נישט קוקן אויף צוריק נאר אויף פאראויס. אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים, אז די ווייב פון לוט איז געווארן א שטיק זאלץ צוליב דעם וואס זי האט צוריק געקוקט, און ווען מען קוקט צוריק ווערט מען זאלץ, דאס הייסט מען ווערט דערביטערט.


עלטערן דארפן וויסן אז צו גוטע קינדער איז מען זוכה נאר דורך אסאך תפילה; קינדער זענען אזוי ווי פרוכט, אויב מען באוואסערט נישט א פעלד וועט נישט ארויס קומען קיין פירות און תבואה, נאר ווי מער מען באוואסערט דאס, אלץ שענערע פרוכט קומען ארויס. אזוי איז מיט קינדער; ווי מער תפילות, ווי מער טרערן די עלטערן לייגן אויף גוטע קינדער, אלץ מער נחת וועלן די עלטערן האבן.


מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע ע"ה וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#201 - די קינדער פון די שכנים טשעפען מיינע קינדער
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים און פאר די אלע עצות וויאזוי אנצוגיין אין לעבן.


איך האב לעצטענס געמופט ב"ה צו א נייע גרעסערע דירה. ביי די אלטע דירה איז נישט געווען צו סאך שכנים פאר די קינדער צו שפילן, און דא איז דא אסאך שכנים. מיר האבן געהאפט אז דא וועלן די קינדער האבן מיט וועם צו שפילן, למעשה איז אבער דא א פראבלעם אז די שכנים שיקן די קינדער לערנען אין א מוסד ווי מ'האלט נישט פון די מוסד וואו מיינע קינדער לערנען, אין די קינדער הערן נישט אויף צו שלאגן און טשעפען מיינע קינדער, אין זיי שרייען זיי נאך מיט שלעכטע נעמען.


איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו די עלטערן אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, וואס נאך קען איך טון?


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט דיין בריוו, און איך פארשטיי גאר גוט די ווייטאג וואס דו גייסט אריבער אז די שכנים טשעפען דיינע קינדער; איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ישיבה בשנת תשס"ט לפרט קטן. דעמאלט האבן מיינע קינדער מורא געהאט צו גיין שפילן אינדרויסן, ווייל קינדער פלעגן זיי נאך שרייען מיט אלע מיאוס'ע ווערטער. דאס האט מיר זייער וויי געטון, איך פלעג טראכטן צו מיר 'דאס אז מען שרייט מיר אן גייט מיר נישט אזוי אן, ווי דאס אז מען רודפ'ט מיינע קינדער צוליב זייער טאטע וכו''; וואס האב איך געטון? די קינדער וואס האבן געוואוינט אין די בנין וואו איך וואוין, צו זייערע עלטערן בין איך אריבער געגאנגען און גערעדט צו זיי שיינערהייט, איך האב זיי געזאגט: "וויסן זאלט איר אז אייער זון טשעפעט מיינע קינדער, איך בעט אייך רעדט צו אים", געלויבט דעם אייבערשטער אז עס האט זיך אפגעשטעלט צוביסליך, אבער מיט די קינדער פון די גאס וכו' - זיי האב איך נישט געקענט אפשטעלן, זיי פלעגן מיר מאכן א באגלייטן יעדן טאג מיט 'קאצן מוזיק', צענדליגער קינדער פלעגן מיר נאכפארן מיט די בייקס און באזינגען: "פוי", "שגץ"; דעמאלט פלעג איך אויסרעכענען אהיימצוקומען אין די צייט ווען די קינדער זענען נישט אין גאס וכו'. מיינע קינדער האב איך נישט געשיקט אין פארק שפילן, איך האב זיי געהאלטן מיט מיר וכו'.


עס איז דא וועגן ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן; למשל, מען קויפט פארן קינד א סארט בייק וואס קיינער פון די שכנים האבן נישט, און אלע קוקן דאס ארויף, וועלן זיי נאכלויפן דיין קינד צי מען קען עס בארגן וכו'. אדער מען קויפט זיי א שפילצייג וואס אלע קינדער וועלן אים נאכלויפן צו וועלן שפילן מיט אים.


אבער דער ריכטיגער וועג איז, מען דארף אויפבויען די קינדער און זיי אויסלערנען נישט צו ווערן צעקלאפט ווען איינער טשעפעט זיי; און אויב זיי זעען ווי קינדער האבן זיך גענומען אויף זייערע ביינער, זאלן זיי צוריק געבן אן רחמנות, דאס איז נישט קיין נקמה, דאס ווערט אנגערופן: 'סעלף דיפענס', דאס איז א בפירוש'ע הלכה: "הַבָּא לְהָרְגְך, הַשְׁכֵּם לְהָרְגְך"; ווען איינער וויל דיר הרג'נען, זאלסטו אים קודם הרג'נען, דאס דארף מען אויסלערנען פאר קינדער ווען זיי באקלאגן זיך אז קינדער טשעפען זיי, מען זאל זיי אויפבויען אז זיי זאלן זיך נישט לאזן צעקלאפן.


מען דארף אויך אויסלערנען אז נקמה איז א לאו אין די תורה; נקמה מיינט ווען איינער האט דיר געטון א שלעכטע זאך טאר מען נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער ווען איינער נעמט זיך אויף מיינע ביינער און וויל מיך אויסרייסן, דעמאלט איז דא אן אנדערע הלכה - הַשְׁכֵּם לְהָרְגְך.


א בחור האט מיר דערציילט, ווען ער איז געווען א קינד פון צען יאר אלט, און ער איז געווען נישט קיין דאר קינד בכלל וכו', איז ער אמאל אריין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בעטן א ברכה ער זאל ווערן דאר; מוהרא"ש האט גלייך פארשטאנען וואס דא גייט פאר, א קינד וואס קומט בעטן א ברכה ער זאל זיין דאר, איז נאר ווייל מען טשעפעט אים אין חדר, אנדערש וואלט ער נישט געבטן אזא סארט ברכה, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "דו דארפסט נישט זיין דאר, עס פעלט דיר גארנישט, דו זאלסט זיין פרייליך; און אויב איינער טשעפעט דיר אז דו ביסט גראב, זאלסטו אים צוריק געבן אזוי ווי עס דארף צו זיין". דער בחור פארציילט מיר, אז זייט דעמאלט האט זיך ביי אים אלעס געטוישט, ער איז צוריק געגאנגען אין חדר, און ווען א קינד האט חוזק געמאכט פון אים האט ער אים געגעבן מנה אחת אפים, ביז אפאר טעג איז ער געווען דער העלד צווישן די קינדער, און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער איז געווארן מיט דער צייט זעלבסט-זיכער מיט זיך, און ער איז אויסגעוואקסן א געזונטער מענטש.


א מלמד פון אנשי שלומינו דערציילט מיר, ער איז א מלמד אין כתה ב', און א יאר צוריק האט ער באקומען א קינד וואס איז געווען זייער צעקלאפט, ער איז געזיצן א גאנצן טאג אין דער זייט, איינזאם, מיט זיין פינגער אין מויל; ער פלעגט קיינמאל נישט גיין שפילן מיט די קינדער. דער מלמד האט דאס נישט געקענט צו קוקן, איז ער געגאנגען פרעגן ביים מלמד פון כתה א', וואס איז די מעשה מיט דעם קינד וכו', האט אים דער מלמד געזאגט: "דער קינד – מיט א ביטל - אים פלעג איך יעדן טאג פארשעמען פאר אלע קינדער, ווייל ער נעמט זיין פינגער אין מויל ווי א בעבי"; דער מלמד האט אים יעדן טאג פארשעמט ברבים רחמנא לצלן, און ער פלעגט שפעטן פון אים אין כתה ברבים: "קוקט קינדער, מיר האבן א בעבי אין כתה א' מיט זיין פינגער אין מויל", אזוי פלעגט ער יעדן טאג טון.


למעשה האט ער גארנישט אויפגעטון, ווייל דער קינד איז ווייטער געזיצן מיטן פינגער אין מויל, נאר איין זאך האט ער אויפגעטון אז דער קינד איז געווארן זייער צעקלאפט און פארשעמט, ער האט נישט געהאט קיין חברים, אלע האבן געלאכט פון אים, נאר ער איז געבליבן מיט איין חבר - מיט זיין פינגער...


דער מלמד איז געווארן זייער דערשראקן צו הערן ווי דער פריערדיגער מלמד האט יעדן טאג פארשעמט דעם קינד, און ער האט געמאכט התבודדות, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים אריינשיינען אן עצה וואס צו טון מיט דעם קינד, ווי אזוי ער קען העלפן אז דער קינד זאל ווערן צוריק א חלק פון די כתה. דער אייבערשטער האט אים געהאלפן ער האט געהאט ישוב הדעת און געזאגט פאר דעם קינד: "איך האב נאכגעקוקט אין שלחן ערוך, איך האב געזען אז על פי הלכה מעג מען נעמען די פינגער אין מויל", און ווען ער האט געהערט די קינדער חוזק מאכן פון דעם, האט ער געזאגט הויך פאר אלע קינדער אז מען מעג נעמען די פינגער אין מויל, עס איז נישט קיין עבירה, און פלאי פלאים עס איז אריבער צוויי דריי וואכן, דער קינד האט אפגעלאזט זיין אלטע חבר - זיין פינגער, און האט מער נישט גענומען זיין פינגער אין מויל, ער האט באקומען נייע חברים און ער איז צוריק געווארן א חלק פון זיין כתה.


זעט מען פון דעם, ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן אויפצובויען קינדער, זיי זאלן נישט זיין ביי זיך צעקלאפט און צעבראכן ווען איינער מאכט זיי אוועק, און ווען מען טשעפעט זיי.


דערפאר זאלסטו זייער מחזק זיין דיינע קינדער זיי זאלן זיין אזוי שטארק ביי זיך, אז זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט אויב איינער וויל נישט שפילן מיט זיי, מוהרא"ש זאגט, א מענטש דארף זיין אזוי זיכער מיט זיך, אז ווען ער זעט ווי איינער דארף אים נישט, זאל ער זאגן צו זיך: "דו דארפסט מיר נישט, דארף איך דיר נישט טויזנט מאל".


ועל כולם האבן מיר אן עצה פון תפילה; וויין זיך אויס צום אייבערשטער אז מען זאל נישט טשעפען דייע קינדער. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זען נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן יראי ה', זיי זאלן לעבן מיטן באשעפער, זיי זאלן לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#200 - שיקן אינגלעך נאך חדר צו לערנען מוזיק?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי גרויסע אינגלעך וואס זיי האבן נישט אלץ וואס צו טון נאך חדר. האב איך געטראכט זיי צו שיקן צו א היימישע קורס פאר קינדער זיך צו לערנען שפילן אויף א קיבארד אין א גיטאר. איז עס א גוטע זאך?


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער, ווען זיי קומען אהיים פון חדר, זענען בדרך כלל אפגעמוטשעט, זיי האבן א גאנצן טאג געלערנט און געדאווענט, און עס איז נישט קיין מצוה ארויפצולייגן אויפן קאפ נאך לימודים; זייער אסאך מאל זוכן די עלטערן דאס צו טון פאר זייערע קינדער - נישט אזוי ווייט ווייל זיי ווילן די קינדער זאלן מצליח זיין, נאר מען זוכט ווי מען קען פטור ווערן פון די קינדער פאר נאך א שעה. קינדער זענען קינדער, און קינדער דארפן האבן צייט צו שפילן און זיך אויסלופטערן; קינדער זענען נישט קיין מאשינען וואס דארפן ארויסגעבן סחורה פיר און צוואנציג שעה.


עס איז נישט קיין שלעכטע זאך אויסצולערנען פאר א קינד שפילן מוזיק וכו', אבער דאס ווענדט זיך שוין אינעם קינד, יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך; עס זענען דא קינדער וואס האבן זייער ליב צו ליינען מעשיות, זיי קענען זיצן שעות אויף שעות און ליינען מעשה ביכלעך, נאכדעם זענען דא קינדער וואס זיי האבן נישט קיין געדולד צו ליינען וכו', זיי האבן מער הנאה פון ארום טאנצן און ארום לויפן - דאס וואס עלטערן האבן נישט ליב וכו'; ווען עלטערן זעען ווי זייער קינד לעבט, שפרינגט און טאנצט, ווערן זיי נערוועז, און מען טראכט אז עס פעלט פארן קינד וואס צו טון, מען שיקט אים צו א נאכט כולל, אדער צו טיטשערס לערנען וכו', אדער שלעפט מען איין מיט מעדעצין - אבי מען מאכט אים פאר א קעיס, ער ווערט א גאנצע רחמנות, אבי די עלטערן זאלן נישט האבן ארום זיך א לעבעדיגע קינד, וואס באמת איז דער קינד געזונט און שטארק, עס פעלט אים גארנישט, ער וויל שפרינגען און טאנצן, אזוי ווי א געזונט קינד וכו'.


נאכדעם זענען דא קינדער וואס פארלאנגען דאס; זיי ווילן זיך לערנען מוזיק, שרייבן, מאלן, אזעלכע קינדער איז נישט קיין שום פראבלעם זיי דאס אויס צו לערנען. (פארשטייט זיך מען דארף וויסן ווער דער טיטשער איז, צי ער לערנט נאר אויס שפילן, צי ער לייגט אריין אויך זיין השקפה אין די קינדער, וואס דאס קען זיין זייער שעדליך).


דער עיקר דארף מען אסאך מתפלל זיין צו האבן ערליכע קינדער; מען האט אמאל געבעטן א ברסלב'ער חסיד ער זאל פארציילן ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו ערליכע קינדער; האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, גוטע קינדער רייסט מען אראפ פונעם בוים, איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן איך זאל האבן ערליכע קינדער, איך האב געוויינט און געוויינט און מיט מיינע טרערן האב איך אפגעווישט מיין פנים, אזוי האב איך זוכה געווען צו קינדער וואס דאווענען און לערנען".


דאס שרייב איך דיר אז דו זאלסט וויינען און וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן - דו מיט דיין ווייב - איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, דורכדעם וועסטו האבן נחת פון זיי, און עס וועט מקוים ווערן ביי דיר (תהלים קכח, ג): "בָּנֶיך כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים, סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶך, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#199 - איינער פון מיינע קינדער שטערט זייער דעם שבת טיש
שבת קודש, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א טאטע פון 7 קינדער קע"ה, און איך פאלג וואס דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף זיך אראפלאזן צו די קינדער, און זייט דעמאלט שעפ איך ב"ה אסאך נחת פון זיי.


איך האב אבער א פראבלעם מיט איינע פון מיינע אינגלעך, וואס איז בערך צען יאר אלט. יעדן שבת ביים טיש רעדט ער הויך אין ער לאזט קיינעם נישט קומען צום ווארט, און ער שטערט די גאנצע געשמאקייט פון די סעודה. וויפיל כ'האב פרובירט מיט גוטן אבער מיט שטרענגן העלפט עס נישט. ווען ער קומט צום שבת טיש ווערט ער ארויס פון קאנטראל, און דאס נעמט מיך ממש ארויס פון די כלים.


איך וועל זיין דאנקבאר אויב דער ראש ישיבה וועט מיר שרייבן וואס צו טון.


א גרויסן שכח פאר די שיינע שיעורים.


שלמה חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז ווי יונגער מען איז מחנך די קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין, וועט מען האבן מער נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויס לערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער. עס איז נישט אזוי, נאר חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג, ווייל א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.


עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיי זאלן זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות; די הייליגע חכמים לערנען אונז אז דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה; ווען עס קומט צו דרך ארץ, דארט טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. צום ביישפיל, ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


דאס איז א' ב' פון חינוך; א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דער תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


וויסן זאלסטו אז ווען קינדער זענען שוין עלטער הערן זיי זיך שוין נישט צו צו וואס מען רעדט צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר" ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד, ווייל ער שוינט אים, זאל ער וויסן אז דער קינד וועט צום סוף אראפגיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע, ער שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס, האט ער אים געשוינט און גארנישט געזאגט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; עס שטייט אין די תורה (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו און ער האט אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה. זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וועט ער חרטה האבן שפעטער.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מדרש (פרשת שמות - רבה א, א; תנחומא א), וועסטו זען ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס נאך מעשיות פון אבשלום און אדוניה וואס דוד המלך זייער טאטע האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר, און וואס עס איז געשען מיט זיי.


דער מדרש פירט אויס, אז אברהם האט מחנך געווען יצחק, און יצחק האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים, און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.


עלטערן טארן נישט מורא האבן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיך אויפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער, אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער, אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער מען זאל מיך מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש וכו'', אבער עס איז נישט אזוי; ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן? עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


בנוגע דיין זון וואס ער שטערט וכו; אסאך מאל ווען א קינד דארף אסאך אויפמערקזאמקייט (תשומת לב) און ער באקומט עס נישט, הייבט ער אן צו מאכן צרות פאר אלע וואס זענען ארום אים, כדי צו געווינען אויפמערקזאמקייט. דערפאר ווען מען זעט ווי א קינד דארף מער תשומת לב, דארף מען אים דאס געבן נאך פאר ער הייבט אן שטערן. א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי, ווייל איינמאל מען געוואונט זיי מען ווערט מיט זיי אויף איין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות מיט אלע חכמות אבער אן תפילה אנעם אייבערשטער קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט, אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, און ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.

#198 - ווי אזוי ברענגט מען אריין אין קינדער א געשמאק אין אידישקייט?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כיתה ט' מלמד אין א מוסד אין בארא פארק, איך פרוביר צו רעדן אסאך צו די קינדער מוסר און התעוררות, אויך רעד איך אסאך פון אמונה און אמונת צדיקים. לויט וויפיל ס'איז ערלויבט אין די מוסד.


איך שמועס אסאך מיט די קינדער, און איין זאך טוט מיר מורא'דיג וויי, איך זע אז אפילו די גאר גוטע און ערליכע קינדער שפירן אז אידישקייט איז א פרעשור'דיגע זאך, זיי זאגן אפן אז זיי וואלטן זיך געפריידט נישט צו האבן קיין עול, נאר זיי פארשטייען אז זיי האבן נישט קיין ברירה.


פארוואס שפירן נישט די קינדער א שטאלץ צו זיין א איד? און ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין זיי יא צו שפירן אז זיי זענען העכער ווי א גוי, און נישט מיינען אז דער גוי האט א בעסערע לעבן?


איך דאווען פון צייט צו צייט אין א געוויסע שול אין מיין געגענט, און אפילו די מתפללים דארט זענען נישט אזוי פרום ווי איך בין, אבער איך זע אז זיי שפירן זיך זייער גרויס מיט זייער אידישקייט ממש להפליא (לדוגמא ווען איינער האט א קינד פרייען זיך אלע און יעדער זאגט "ב"ה נאך א איד אויף די וועלט". און סוכות מאכט מען א גאנצע טראסק פון די לולב אז דידן נצח אז אידן זענען די געווינער. און אזוי ביי יעדע פרט) איך פארשטיי נישט וואס ס'מאכט זיי פילן אזוי שטארק, און פארוואס ביי אונז איז עס נישטא?


א גרויסן דאנק.


ישראל חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, נישט נאר ביי סתם מענטשן איז א מלמד אראפ געקוקט, נאר ביי דעם מלמד אליינס איז דאס גאנצע מלמדות אן אראפגעקוקטע זאך. די מלמדים קומען אין חדר זייענדיג זייער אראפ געקלאפט ביי זיך אז זיי האבן אזא ארבעט וכו', אבער עס איז נישט אזוי, מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט, און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפ קלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון מלמדים, און ער האט געשריבן זייער אסאך ספרים פאר מלמדים - סיי זיי מחזק צו זיין זיי זאלן וויסן אז זיי האבן דאס חשוב'סטע ארבעט, און פון די אנדערע זייט זיי זאלן וויסן ווי הארב עס איז צו זיין א מלמד, אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דערפאר זאלסטו זיך זייער מחיה זיין און זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער; מיר האבן היינט אינעם דף גמרא (סנהדרין צב): "אָמַר רַב שֵׁשֶׁת כָּל הַמְלַמֵּד תּוֹרָה בָּעוֹלָם הַזֶּה, זוֹכָה וּמְלַמְּדָהּ לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס איז זוכה צו לערנען תורה פאר תלמידים אויף דער וועלט, וועט אויך זוכה זיין צו לערנען בעולם הבא, און מען איז זוכה צו אלע ברכות וואס יוסף הצדיק האט זוכה געווען, שֶׁנֶּאֱמַר (משלי יא, כו): "וּבְרָכָה לְרֹאשׁ מַשְׁבִּיר", עיין שם.


מוצאי שבת איז געווען די יארצייט פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו; ביי מלוה מלכה האב איך פארגעליינט וואונדערליכע מעשיות פון דעם גרויסן צדיק, און איין מעשה איז מיר זייער אריין אין די ביינער. עס איז געקומען א איד צום הייליגן ריבינצער רבי אז מען האט אנדעקט ביי אים א שרעקליכע מחלה לא עלינו, און די דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף זיין לעבן, און ער האט זיך געבעטן פאר א ברכה, אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים. דער איד איז ארויס בפחי נפש, ער האט פארשטאנען אז עס איז מער נישט דא וואס צו טון, די גבאים האבן זייער רחמנות געהאט אויף דעם איד, האבן זיי אנגעפאנגען מוטשען דעם צדיק ער זאל געבן א ברכה פאר דעם איד, זיי האבן אים געזאגט: "רבי, דער איד איז א מלמד פאר קינדער שוין צוואנציג יאר", האט דער צדיק זיך אויסגעדרייט און געפרעגט: "ער איז א מלמד?" האבן זיי געזאגט פארן צדיק: "יא, ער איז א מלמד, און ער דארף א רפואה". דער ריבניצער רבי איז ארויס געלאפן אויפן גאס, און ער האט אנגעפאנגען נאך לויפן דעם איד, ביז ער האט אים געטראפן, און ער פרעגט אים: "איר זענט א מלמד שוין צוואנציג יאר?" זאגט דער איד: "יא", פרעגט אים דער צדיק: "אויב דו וועסט ווערן געזונט, וועסטו ווייטער ממשיך זיין פאר נאך צוואנציג יאר צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער?" זאגט דער איד: "יא; איך זאג צו, אויב איך ווער געזונט גיי איך צוריק אין חדר פאר נאך צוואנציג יאר", הערנדיג דאס האט אים דער ריבניצער רבי געגעבן א ברכה, און דער איד איז אויסגעהיילט געווארן, און ער איז געווען א מלמד פאר נאך צוואנציג יאר; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; פון איין זייט איז זייער הייליג און חשוב צו זיין א מלמד, אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די קינדער. געב זייער אכטונג נישט צו פארשעמען קיין שום קינד, בפרט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, וואס בדרך כלל טשעפעט מען זיי און מען פארשעמט זיי - ווייל מען ווייסט אז קיינער וועט נישט פארהאלטן וכו', זיי דארף מען מחזק זיין און געבן גוטע ווערטער יעדן טאג אן א שיעור.


איך געדענק ווען איך האב געעפענט די ישיבה, האב איך געפרעגט מוהרא"ש וואס איך זאל טון מיט די בחורים וואס די עלטערן ווילן נישט צאלן שכר לימוד, צי איך זאל אהיים שיקן די בחורים, האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "דו זאלסט קיינמאל נישט אהיים שיקן א בחור; דער אייבערשטער וועט דיר געבן שכר לימוד פאר די בחורים"; דאס זעלבע זאג איך דיר: האב רחמנות אויף די קינדער וואס ברענגען נישט קיין טיפס, דער אייבערשטער וועט דיר געבן טיפס פאר די קינדער. ווען דו זעסט קינדער וואס די עלטערן שיקן נישט קיין טיפס, זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון דיר, דאס אליין דארף דיר געבן א שטופ צו טראכטן אז די קינדער דארף מען מער מחזק זיין, ווייל די קינדער האבן עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג, און שרייבן נישט קיין צעטלעך, און מען הערט נישט פון זיי וכו' וכו', און זיי ברענגען נישט קיין חנוכה געלט און פורים געלט, דאס דארף דיר געבן רחמנות געפילן אויף די סארט קינדער אז דו זאלסט זיך זארגן פאר זיי, און זיין ווי א טאטע פאר זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטענס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד'; און נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער א פאר יאר, און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף די קינדער; קינדער זענען נישט קיין מאשינען וואס דארפן קומען און גיין ווי די 'לאנדענע סאלדאטן'. א קינד איז א קינד, און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי; וואויל איז פאר א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע תלמידים אזוי ווי מען געבט אכטונג אויף די אייגענע קינדער, דער באשעפער וועט אים באצאלן מיט זיינע קינדער אז מען וועט זען אסאך נחת פון זיי.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען אריין לייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, און א ליבשאפט צו די תורה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק; בפרט אז מען פארציילט מעשיות פון צדיקים פאר קינדער האט דאס א שטארקע השפעה אויפן קינד, ווייל ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער רבי האט פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן, אז דאס האט זיך אנגהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים; דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל, דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן, און ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, פלעגן זיי אריין גיין אין הויז פון בעל שם טוב, און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זי"ע און זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט, און ער פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זי"ע.


איינמאל האט דער רבי געהערט פארציילן די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב זי"ע און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, און ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", און אזוי איז נפטר געווארן דעם בעל שם טוב'ס טאטע.


אזוי איז דער בעל שם טוב אלט זייענדיג פינף יאר געווארן א קיילעכדיגער יתום, און איז געווען איינער אליינס אין א גרויסע וועלט. אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק! זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויף געוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל שפאצירט ער אין פעלד און זינגט זיך צום אייבערשטן, און ער זעט ווי עס קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, און דער איד שטעלט זיך אפ און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליינס אין וואלד?" רופט זיך אן צו אים ישראליק: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער איז בכלל נישט דא", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט אזוי זאגן, אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, און מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


און דער מענטש האט אנגעפאנגען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן טיפוש האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", און פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב גארנישט, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם ס"ם.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווי מען פארציילט עס אין זיין הויז ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל. גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?" און דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און ער איז געגענגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


זעט מען פון דעם, אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, דאס פלאקערט אים אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דערפאר, אז דו פרעגסט ווי אזוי מען לייגט אריין אין קינדער אמונה און ליבשאפט צו די תורה, דורך דעם וואס מען פארציילט זיי סיפורי צדיקים, ווי אזוי זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, ווי אזוי זיי האבן געלעבט מיטן אייבערשטן, און ווי אזוי זיי האבן זיך נישט דערשראקן ווען עס איז נישט געגאנגען ווי אזוי זיי האבן געוואלט.


ועל כולם דארף א מלמד אסאך טרערן פארגיסן צום אייבערשטן אז אלע זיינע תלמידים זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן יראי ה'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען אריין לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה ויראת שמים, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#197 - ווי אזוי קען מען אפהיטן די קינדער אין אומאן?
אומאן, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען ב"ה דאס יאר אין אומאן אויף ראש השנה, און איך האב זייער הנאה געהאט. איך האף צו ברענגען קומענדיגע יאר מיינע דריי גרויסע אינגלעך.


איך בין אבער זייער נערוועז, ווייל כ'האב זיך ארומגעדרייט אין די גאסן דארט פאר יום טוב, און אויך אין יום טוב, און איך ווייס נישט ווי אזוי מ'קען בכלל ברענגען קינדער אין אומאן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן דארטן?


א גרויסן יישר כח.


יעקב דוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב דוב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט געווען ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און ר' נתן שרייבט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות.


וויסן זאלסטו, אז וואס עלטערן געבן פאר קינדער - קען קיינער נישט געבן, און חינוך וואס קינדער באקומען אין שטוב, איז שטערקער פון אלעס אויף דער וועלט; וויפיל איך פרוביר אריין צו לייגן אין די בחורים וואס לערנען ביי מיר אין ישיבה יראת שמים און מידות טובות, זע איך, אז די בחורים וואס קומען פון געזונטע שטובער וואו מען האט זיי מחנך געווען - איז גרינגער צו ארבעטן ווי מיט בחורים וואס קומען פון שטובער וואס קיינער האט זיי נישט מחנך געווען.


געב א קוק למשל 'נעגל וואסער'; עלטערן וואס האבן מחנך געווען די קינדער אפצוגיסן 'נעגל וואסער', די טאטע און מאמע זענען שטארק מקפיד אויף דעם, און זיי זאגן שיינערהייט יעדע נאכט פאר די קינדער: "קינדער אנגרייטן 'נעגל וואסער' און ליינען קריאת שמע", די קינדער וואקסן אויף ערליך און הייליג, און זיי וועלן זייער גאנץ לעבן זיך אנגרייטן 'נעגל וואסער'. און דאס זעלבע איז פארקערט; קינדער וואס זענען אויף געוואקסן אין א שטוב וואס עס איז נישט דא קיין יראת שמים, מען ווייסט נישט פון קיין 'נעגל וואסער' צו זאגן, די קינדער וועלן זיך נישט אפגיסן קיין נעגל וואסער. איך זע עס אין קעמפ ווען איך לייג שלאפן די בחורים, וויפיל איך זאל זיך בעטן ביי בחורים זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער איז עס ווי דו רעדסט צו טויבע אויערן, ער קוקט דיר אן ווי איינער וואס רעדט זאכן פון די לבנה, ווייל ער האט עס נישט געזען ביי זיינע עלטערן, מה שאין כן די בחורים וואס ביי זיי אין שטוב גיסט מען זיך אפ נעגל וואסער, צו זיי קען מען רעדן, זיי קען מען מחזק זיין וכו', און אזוי איז אין יעדע פרט.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ער וויל מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען 'רבינו נחמן בן פיגא', פארוואס? ווייל זיין עיקר יראת שמים האט ער גענומען פון זיין מאמע. ווען דער רבי איז געבוירן האט זי גלייך אפגעגאסן דעם רבי'ן נעגל וואסער, און אויך האט זי גענייט א קאפל בשעת זי האט געווארט דעם רבי'ן, און זי האט אנגעטון דעם רבי'ן מיט א קאפל גלייך ווען דער רבי איז געבוירן. אזוי אויך פלעגט זי נעמען דעם רבי'ן מיטן קערידזש און גיין צום ציון פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו מתפלל זיין דארט; זעט מען פון דעם, אז וואס עלטערן געבן פאר זייערע קינדער קען קיינער אנדערש נישט געבן.


דאס זעלבע איז מיט אנדערע זאכן, ווי למשל דאווענען מיט מנין; א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואס אלעס ווערט אפגעשטעלט ווען מען דארף גיין דאווענען שחרית מנחה מעריב, אזא קינד וועט אויך גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג. און א טאטע וואס גייט נישט אין שול דאווענען א גאנצע וואך, וועט זיין קינד אויך נישט גיין דאווענען, און עס וועט נישט העלפן אז מען וועט זאגן פארן בחור גיי דאווענען, ווייל ער ווייסט ביי זיך אז טאטי דאווענט נישט וכו'.


איך קען נישט פארגעסן וואס א בחור האט מיר געזאגט יארן צוריק: "דער ראש ישיבה קומט פון א שטוב ווי יעדער דאווענט, איך קום פון א שטוב וואו מען דאווענט נישט; מיין טאטע טוט אן תפילין אין שטוב, ער גייט נישט אין שול א גאנצע וואך - נאר שבת (נישט צום דאווענען, נאר צו די חברים, טרינקען וכו'), מיין טאטע טוט אן תפילן ווען ער איז נאך מיט די אונטער וועש, פארוואס שרייט דער ראש ישיבה אויף מיר ווען איך דאווען נישט?"


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ביסט געווען אין אומאן אויף ראש השנה, און דו האסט זיך ארום געדרייט אין די גאסן פאר יום טוב און אויך אום יום טוב, און דו זארגסט זיך וועגן דיינע קינדער; וואס ווילסטו פון דיינע קינדער ווען דו אליין דרייסט זיך ארום אין אלע גאסן וכו'? אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיך אליין, דו וועסט אויסניצן די צייט אין אומאן, דעמאלט וועלן דיינע קינדער דיר נאכמאכן און אויך אויסניצן די צייט.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אויף מיר אז איך ענטפער דיר וכו', ווען דו שרייבסט מיר אז דו האסט זיך ארום געדרייט אין אלע גאסן ה' ירחם, ווען אלע גאסן זענען אויסגעלאסן וכו'; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, אז מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען גייט אין שול דאווענען, און מען לערנט יעדן טאג, איז מען זוכה אז די קינדער וועלן זיין ערליכע אידן.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב צו מחנך זיין זיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין ביי חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; ווייל אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן נאך ברכות, און אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, און יעדע מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך איז די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#196 - מיין זון פאלט פון אידישקייט, ווי אזוי באגיי איך זיך מיט אים?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון, בני בכורי, האט אביסל נאכגעלאזט פון זיין אידישקייט רחמנא ליצלן, עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיין סמארט פאון, און ער איז זיך אוועק געפארן. לעצטנס איז ער זיך אביסל מחזק, ער קומט אריין און ער לערנט אביסל מיט מיר, און נאך פארשידענע חיזוק וואס איך ווייס נישט.


היינט נאכט דערציילט ער מיר אז ער מיט זיינע חברים, וואס רעכנט אריין אויך חבר'טעס רח"ל, האבן פארשטעלט איינע פון די מיידלעך און זיי זענען אריין געגאנגען אין בית המדרש ... ביי די שמחת בית השואבה. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, דאס איז דאך ממש אזא עצה אזוי ווי בלעם הרשע בשעתו לפרוץ גדרי קדושה רחמנא ליצלן.


איך האב אים אבער גארנישט געזאגט, איך וויל אים נישט מרחק זיין. וויל איך אייך פרעגן וואס איר זאגט וועגן דעם? וואס זאל זיין מיין באציאונג צו אים בכלל?


מיין ווייטאג איז גאר גרויס, עס גייט נישט דורך א טאג וואס איך דאווען נישט פאר אים, און פון דעסט וועגן זע איך א גרויסער הסתר, און איך זע נישט ביי אים קיין ערנסטער טריט אויף צוריק.


א גרויסן יישר כח.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געליינט דיין בריוו, און איך האב מיט געוויינט מיט דיר; דו פרעגסט מיר ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט אים, אודאי זאלסטו אים נישט מרחק זיין, ווייל עס וועט גארנישט העלפן.


עס איז זייער א שווערע זאך פאר עלטערן צו מקרב זיין א קינד ווען מען זעט ווי ער פירט זיך נישט אויף ווי די תורה הייסט, מען זאל אפגעהיטן ווערן פון די צער וואס עלטערן האבן ווען זיי זעען ווי זייערס א קינד גייט אוועק פונעם דרך התורה. אבער אויב מען וויל תכלית, אויב מען וויל אמת, מען קוקט נישט אויף די אייגענע כבוד וכדומה, און מען איז מקרב דעם קינד ווי אזוי ער איז, קען מען בעזרת השם יתברך זוכה זיין מיט די צייט אז דאס קינד וועט תשובה טון וכו'.


עס איז דא א מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג, פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן, מען דארף האבן אמונה אינעם אייבערשטן. מיר דארפן וויסן אז מיר ווייסן גארנישט, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד), מיר ווייסן גארנישט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ברכות י.) אז ווען ישעיהו הנביא איז געקומען זאגן פאר חזקיהו המלך די נבואה פונעם אייבערשטן אז ער גייט שטארבן, האט חזקיהו המלך אים געפרעגט פארוואס, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: "דְּלֹא עָסַקְתָּ בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה", ווייל דו האסט נישט חתונה געהאט, האט חזקיהו המלך געזאגט פאר ישעיהו הנביא: "דו ווייסט פארוואס איך האב נישט חתונה געהאט? ווייל איך זע ברוח הקודש אז איך גיי האבן א קינד וואס גייט ארויס גיין לתרבות רעה", האט אים ישעיהו הנביא געענטפערט: "בַּהֲדֵי כָּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָּה לָך?!", וואס האסטו מיט די באהאלטענע וועגן פונעם אייבערשטן, דו דארפסט טון וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן טון, און וואס דער אייבערשטער וויל טון זאל ער טון; שטייט ווייטער דארט, אז למעשה האט ער חתונה געהאט, און ער איז געבליבן לעבן, עיין שם.


אין דעם חז"ל ליגט זייער אסאך חיזוק; ווייל מען זעט פון דא אז מענטש דארף נישט ווערן צעבראכן ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח מיט זיינע קינדער, ווייל געווענליך הייבט א מענטש אן צו טראכטן אלע נעגעטיווע מחשבות: "ווער איז שולדיג", "פארוואס דארף איך ברענגען קינדער" וכו' וכו', לערנען אונז דא חז"ל אז מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך, אז דער אייבערשטער האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער אויף די וועלט, דארפן מיר דאס טון און זיך פרייען אז מיר טוהן זיין רצון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש זאל מתפלל זיין ער זאל האבן אסאך קינדער, און אפילו אז ער ווייסט קלאר אז אלע זיינע קינדער וועלן ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן, זאל ער ברענגען קינדער אויף די וועלט, ווייל משיח וועט זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן".


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן חס ושלום נישט צו מרחק זיין קיין קינדער, און אפילו זיי זענען אוועק געפאלן פונעם דרך התורה וכו' דארף מען זיי מקרב זיין; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיטן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:): אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ; נאר אויף דעם וועג מעג מען געבן מוסר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. אויב מען האט נישט קיין סבלנות, מען איז מרחק א קינד וואס גייט נישט אויפן דרך התורה, קען מען אינגאנצן פארלירן דעם קינד חס ושלום.


דו שרייבסט מיר אז דו דאווענסט יעדן טאג, און דו זעסט נישט ווי עס העלפט; ליין איבער די בריוו וואס דו שרייבסט אליינס אז 'לעצטענס איז ער זיך אביסל מחזק און ער לערענט מיט דיר אביסל'. שרייבסט דאך אליינס אז דו זעסט א שינוי לטובה, דאס דארף דיר זייער מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון.


איך ווייס אז עס איז זייער שווער צו קוקן אויף דאס ביסל וואס ער קומט לערנען אנטקעגן די גרעסערע חלק וואס ער דארף נאך תשובה טון וכו', אבער וויסן זאלסטו אז יעדע איינציגע תפילה העלפט, נאר מען דארף האבן אויף תפילה זייער אסאך סבלנות, און געדענקען דעם מאמר החכם: "מִי שֶׁשָּׂם הַסֵּבֶל תַּכְלִיתוֹ, יַגִּיעֵהוּ הַסֵּבֶל אֶל חֶפְצוֹ", ווער עס האט געדולד, וועט צום סוף אנקומען צו וואס ער וויל; עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה בזה העולם ווען א מענטש זעט ווי עס לויפן אים נאך שוועריקייטן - נאר צו אנטלויפן צום הייליגן באשעפער, און צו וויינען צו אים טאג נאך טאג וואך נאך וואך אן אן אויפהער.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן רופן מיר נישט וויינען וועגן זייערע קינדער - סיי בחורים און סיי מיידלעך וואס פאלן אוועק מדרך התורה, השם ישמרינו; מען בעט מיר צי איך קען רעדן צו זייער קינד ווען דער קינד וויל נישט הערן פון גארנישט. מען דארף רעדן צום קינד ווען דער קינד וויל נאך הערן, מען דארף אויסהערן דעם קינד ווען ער וויל נאך הערן חיזוק, נישט מען זאל אים זאגן: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "דו דארפסט לערנען מער וויפיל דו קענסט".


איך האב געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" פאר צען יאר צוריק; שוין צען יאר וואס איך לערן מיט בחורים און איך בין זיי מחזק. מען קען נאר רעדן צו איינער וואס וויל הערן, אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין", וואויל איז פאר א מענטש וואס רעדט צו אויערן וואס ווילן הערן; זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג, ווייל ווען דאס קינד האט נאך געוואלט הערן חיזוק, דער קינד האט געוואלט זיין גוט, האט מען אים געשריגן אויף אים: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "מאך דיך נישט משוגע", און ווען די עלטערן זעען שפעטער ווי דער קינד איז שוין אינגאנצען אוועק געגאנגען, דעמאלט וועקט מען זיך אויף, דעמאלט וויל מען אים מחזק זיין, אבער דעמאלט וויל שוין נישט דער קינד.


עס איז זייער א ווייטאגליכער נושא ווען עלטערן רופן מיך אן צי איך קען רעדן מיט זייער קינד, ווען די זעלבע עלטערן האבן געווארענט דעם קינד אז אויב וועט מען אים כאפן האבן שייכות מיט א ברסלב'ער וועט זיין אחת דתו, נאר שפעטער ווען דער קינד קען שוין נישט, און ער פאלט אראפ, דעמאלט איז מען שוין מסכים וכו', אבער דער קינד דארף אויך וועלן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און עס זאל בקרוב אריין גיין א רוח טהרה אין דיין זון דער בכור, אמן.

#195 - אין וועלכע סקול זאל איך שיקן מיין טאכטער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ב"ה מיין טאכטער (יעצט 5 יאר אלט) האט אנגעהויבן סקול אין די קהילה סקול, זי איז אבער געווען אביסל פארמאכט, און וויבאלד איינער פון מיינע באקאנטע האט געהאט געשיקט אין א קליינע סקול, און מיר האבן געזען אז מ'געט זיך דארט מער אפ מיט די קינדער, האבן מיר נאך עטליכע חדשים איר אריבערגעלייגט אין די קליינע סקול, זי האט ב"ה מצליח געווען דארט, און זי האט זיך היבש געעפענט.


נאכן זיין אין די קליינע סקול בערך א יאר, האבן מיר איר צוריק געלייגט אין די גרויסע סקול, צוליב עטליכע סיבות: 1) מיר האבן אנגעהויבן זיך נישט געהעריג פארשטיין מיט די משפחה וואס פירט יענע סקול, 2) מיר האבן געשפירט אז אפשר איז א תועלת זי זאל גיין אין א סקול מיט אסאך קינדער זי זאל זיך קענען מער אנטוויקלען סאושעל, 3) אויך זענען מיינע עלטערן געווען ברוגז אז מיר האבן איר נישט געשיקט אין די קהילה סקול. אבער פון אזוי פיל אריין און ארויס, איז זי שוין צומישט געווארן, און וויבאלד אין די גרויסע מוסד האט מען זיך נישט געהעריג אומגעקוקט אויף איר, איז זי שטארק צוריק געפאלן, און איז שטארק פארמאכט געווארן, און נאכן זיין א שטיק צייט אין די גרויסע מוסד האט מען איר געוואלט אנהייבן שיקן אויף טעראפי, דער ראש ישיבה האט מיר דעמאלטס געזאגט איך זאל מיך דורכרעדן מיט מיין מאמע, מיין מאמע האט געזאגט אז מ'זוכט נישט היינט סתם זיך אנצוכאפן און צוקלאפן קינדער, דערפאר זאל זי גיין אויף טעראפי. אויך האבן מיר געטראכט דעמאלטס אז אפשר וואלט כדאי געווען איר צוריק צו לייגן צום קליינעם מוסד, האט מיר דאן דער ראש ישיבה געפרעגט וואס מיין מאמע האלט, האב איך געזאגט אז זי האלט אז איך זאל איר לאזן, האבן מיר איר געלאזט. למעשה פארציילט מיין טאכטער אז זי גייט מער נישט צו טעראפי, און איך האב אויך בכלל נישט געזען קיין תועלת פון די טעראפי.


יעצט טראכטן מיר ווייטער אז עס וואלט אפשר כדי געווען איר צוריק צו לייגן צום קליינעם מוסד, וואו מ'געט זיך בעסער אפ. אבער איך קען זיך דערמיט נישט דורכרעדן מיט מיין מאמע, ווייל זי קען נישט הערן אזא זאך. ביי איר איז דא נאר איין רבי, איין מוסד, איין קהילה, און גארנישט מער. עס זעט בכלל נישט אויס אז זי זאל טראכטן פון די טובה פונעם קינד. ביי איר איז דער עיקר אז מ'זאל שיקן אויסדרוקליך נאר אין די קהלה מוסד. אבער מיר זענען שטארק מסופק אז אפשר איז יא פאר די טובה פון דאס קינד צוריק צו גיין צום קליינעם מוסד. בפרט האט מיין ווייב מורא אז ווען מ'הייבט אן אריינצוגיין צו די קלאסן ווי מ'לערנט שוין מיט די קינדער, און אויב נעמט מען איר ארויס פאר הילף – ווי די שטייגער אין די גרויסע מוסדות, קען זי ווערן א גאנצע רחמנות, און א צוקלאפטע קינד.


עס איז מיר וויכטיג צו באקומען א תשובה וואס שנעלער, ווייל מ'הייבט שוין אן די נייע סקול יאר.


יישר כח


י. וו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד י. וו. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאלסט זייער אכטונג געבן נישט צו טון קיין ווילדע זאכן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת, בְּלִי יִשּׁוּב הַדַּעַת, נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט ווילדע זאכן - אן קיין ישוב הדעת, ווערט א בעל חוב; דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו נעמסט דיינע קינדער אריין אין סקול, און ארויס פון סקול וכו', כאילו זיי זענען אזוי ווי שפילצייג, דאס קען גורם זיין צו נישט גוטע זאכן.


קינדער זענען נישט קיין שפילצייג וואס מען קען זיי יעדן טאג לייגן אין אן אנדערע מוסד; דאס אליין אז איר האלט אין איין טוישן די קינדער פון איין מוסד צום צווייטן, דאס מאכט זיי פארמאכט, און עס וועט זיי שאטן אויף שפעטער.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט מיר געפרעגט וואס צו טון וכו', איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס איך האב דיר געזאגט וכו', אבער איין זאך איז זיכער, אז דו זאלסט גארנישט טון פאר דו שמועסט עס דורך מיט דיינע עלטערן, ווייל דו מאכסט צו שנעלע החלטות; ארויס פון סקול, אריין אין סקול, און צוריק ארויס וכו'.


איך מיין אז דו זאלסט לאזן דיינע קינדער אין די קהילה מוסד, און דו מיט דיין ווייב זאלן געבן פארן קינד אין שטוב אסאך אויפמערקזאמקייט, וועט עס אים העלפן זיך צו עפענען. קיינער איז נישט גארענטירט מיט זיינע קינדער, אויב אינוועסטירט מען אין די קינדער, מען שפילט זיך מיט זיי, מען לאזט זיך אראפ צו זיי און מען ענטפערט זיי זייערע פראגעס וכו', דעמאלט וואקסן די קינדער אויף געזונט און שטארק.


דאס וואס עלטערן באשולדיגן די מוסדות ווען זיי זעען אז זייערע קינדער זענען נישט מצליח ה' ירחם, דאס איז נישט ריכטיג; ווייל קינדער וואס האבן א ווארעמע היים און ווארעמע עלטערן, דארף דאס זיין גענוג פארן קינד צו וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן, קינדער וואס זעען ווי עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, וועט דאס איבער לאזן אויף זיי א וואונד, קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', דאס לאזט איבער אויף די קינדער א וואונד.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו', זע איך אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן, און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן, מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב אדער מיט א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב, דאס איז שוין א צווייטע מעשה, זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט, ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען נאכדעם דראגס השם ישמרינו.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט נישט משוגע מאכן דיינע קינדער, און דו זאלסט נישט יעדן צווייטן טאג בייטן סקול; זע צו זיין פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב. קויף דיר גוטע ספיקערס, און זע אז עס זאל גיין א גאנצן טאג ביי דיר און שטוב מוזיק, און ווען דו קומסט אהיים זאלסטו נעמען דיינע קינדער אין א טענצל, ווייל שמחה עפנט אויף די מח, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד, און ער קען ארויס גיין פון זיין פארמאכטקייט; ווייל ווען א מענשט איז מרה שחורה, ווען מען איז דערשראקן און אנגעצויגן - קען מען נישט טראכטן. דערפאר אז דיין קינד איז פארמאכט וכו', זע צו זינגען און טאנצן אין שטוב מיט שמחה, וועט אלעס איבערגעדרייט ווערן לטובה.


ועל כולם דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן, און אים בעטן אז מען זאל האבן גוטע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלו, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, און וועלן נאר דיר דינען. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן זיין געזונטע קינדער, פרייליכע קינדער, קינדער מיט א שטארקייט, זיי זאלן זיין ביי זיך זעלבסטזיכער און זעלבסטשטענדיג. הייליגע באשעפער, מיין קינד איז לעצטנס זייער צעקלאפט און דערשלאגן, איך ווייס נישט וואס צו טון, העלף מיר אז מיין קינד זאל ארויס גיין פון זיין צעקלאפטקייט, ער זאל זיין געזונט און שטארק. רבונו של עולם, הער אויס מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר, און גיב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר". און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל תפילות וואס קומט ארויס פון א צעבראכענע הארץ, איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


מען זעט חנה – שמואל הנביא'ס מאמע, ווען זי האט געבעטן פונעם אייבערשטן קינדער, האט זי געבעטן מיט א גדלות המוחין, זי האט געבעטן (שמואל-א א, יא): "וְנָתַתָּה לַאֲמָתְךָ זֶרַע אֲנָשִׁים", פרעגט די גמרא (ברכות לא:): "מַאי זֶרַע אֲנָשִׁים? אָמַר רַב, גַבְרָא בְּגּוּבְרִין", זי האט געבעטן אז זי דארף געזונטע קינדער וואס זענען אויסגעמישט צווישן מענטשן, "וּשְׁמוּאֵל אָמַר, זֶרַע שֶׁמוֹשֵׁחַ שְׁנֵי אֲנָשִׁים, וּמָאן אִינוּן שָׁאוּל וְדָוִד", שמואל זאגט, זי האט געבעטן אז זי דארף א קינד וואס ער וועט זאלבן צוויי קעניגן - שאול המלך און דוד המלך. "וְרַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זֶרַע שֶׁשָׁקוּל כִּשְׁנֵי אֲנָשִׁים, וּמָאן אִינוּן, מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן, שֶׁנֶאֱמַר (תהלים צט, ו): מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן בְּכֹהֲנָיו וּשְׁמוּאֵל בְּקֹרְאֵי שְׁמוֹ", רבי יוחנן זאגט, זי האט געבעטן אז זי וויל א קינד וואס וועט זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן; זעט מען פון דעם ווי אזוי מען דארף בעטן דעם אייבערשטן, מיט א גדלות המוחין, זי האט געבעטן אז זי דארף א קינד אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#194 - מיטנעמען א קליין קינד אין בית הכסא
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים וואס געבן מיר חיזוק אנצוגיין יעדן טאג!


איך האב געוואלט פרעגן, מיין קליינער זון איז איבער צוויי יאר אלט; ביז וועלכע עלטער מעג מען אים מיטנעמען אין בית הכסא, ווייל אויב לאז איך אים אינדרויסן טוט ער סכנה'דיגע זאכן.


יישר כח


 


יענקי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


לכבוד יענקי נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם - לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז געזונטער פאר קינדער אז מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, מען לאזט זיי אליין אויפוואקסן. נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען אים ווען ער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג.


דערפאר איז בעסער אז דו לאזט אים אינדרויסן; לאז אים אויפוואקסן, לאז אים ארום טאנצן, וועט ער אויסוואקסן געזונט און שטארק.


בעיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער; קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן.


 וויסן זאלסטו אז גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין, גוטע קינדער באקומט מען לויט וויפיל מען בעט און מען וויינט צום אייבערשטן; אפילו דיינע קינדער זענען נאך גאר קליין, זאלסטו בעטן דעם באשעפער אז זיי זאלן זיין וואויל אין ערליך, ווייל עס איז זייער שרעקעדיג היינטיגע צייטן, ווי מען זעט נעבעך אז קינדער פון די שענסטע שטובער גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, און די איינציגסטע עצה אויף דעם, איז צו בעטן און וויינען צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער.


אויך זאלסטו וויסן אז חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין; קינדער וואס זעען ווי דער טאטע גייט און שול יעדן טאג דריי מאל א טאג, וועלן זיי אויך גיין אין שול דאווענען. קינדער וואס זעען ווי זייער טאטע מאמע רעדן שיין איינער צום צווייטן, מען איז זיך מכבד איינער דעם צווייטן, וועלן זיי זיך אויך אזוי פירן, און פארקערט אויך, אויב דער טאטע דאווענט נישט און לערענט נישט, ער איז נאר פארנומען אוועק צו מאכן יעדן ערליכער איד וכו' וכו', וועלן די קינדער נישט זיין צופיל בעסער פון אים.


זע אכטונג צו געבן נישט צו לייגן א פחד אין שטוב; עס זענען דא אינגעלייט וואס מיינען אז זיי דארפן מחנך זיין זייער ווייב, זיי געבן ארויס באפעלן: "טו אזוי", "איך הייס דיר טון אזוי", "איך ווארן דיר"; וויי פאר אזעלכע אינגעלייט וואס זיי שאפן אין שטוב מיט אן אימה יתירה, ווייל זייער סוף וועט זיין זייער ביטער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "אָמַר רַב חִסְדָּא, לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹ בֵּיתוֹ", א מענטש זאל קיינמאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בַּגִּבְעָה הֵטִיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה, וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה, ווי צענדליגער טויזענטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹ בֵּיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", רב זאגט אז ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב, וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך בעט דיר, זיי א סבלן און א וותרן אין שטוב, וועסטו האבן א הערליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#193 - ווי קען מען גענוג דאנקען אויף די מוסדות?
חינוך הילדים, סבלנות, הכרת הטוב, סקול, מוסדות, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די וואך שבת, ווען איך און מיין מאן האבן געליינט די בריוו פון א מנהל וואס האט געשלאגן אן אומשולדיג זיבן יעריג קינד, האבן מיר ביידע געוויינט, אז ווען אונזערע קינדער וואלטן געלערנט אין אן אנדערע חדר וואלט דאך די מעשה געשען מיט אונזער זון, מיר קענען נישט ענדיגן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסד וואס ער טוט מיט אונז אז אונזערע קינדער געפינען זיך אין אזא גוטע פלאץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו און דיין ווייב זענען צופרידן פון די חדר און בית פיגא, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל מחזק געווען ווי אזוי זיך צו פירן מיט קינדער, מיר זאלן נישט שלאגן און נישט דערנידערן די קינדער, און ווען עס איז געווען די שרעקליכע טראגעדיע ביי כלל ישראל, ווען א איד האט צעשניטן א קליין קינד השם ישמרינו און אלע האבן געהאלטן הספדים, אלע האבן געזאגט אז עס קומט פאר דעם עס קומט פאר יענץ, דעמאלט האט מוהרא"ש געגעבן א פלאם פייערדיגע הספד און געזאגט אז דאס איז געקומען ווייל מען צעשניידט קינדער טאג טעגליך.


דא האסטו א קליינע שטיקל פון די הספד וואס מוהרא"ש האט געגעבן:


מִיר זֶענֶען אַלֶע צֶעטְרֵייסְלְט פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע מַעֲשֶׂה וָואס הָאט יֶעצְט פַּאסִירְט, עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַ אִיד וָואס פַארְרוּפְט זִיךְ צוּ זַיין אַ שׁוֹמֵר תּוֹרָה וּמִצְוֹת, עֶר הָאט עֶרְשְׁט יֶעצְט גֶעעֶנְדִיגְט דַאוֶוענֶען מִנְחָה אוּן מַעֲרִיב, אוּן עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַן אוּמְשׁוּלְדִיג טֵייעֶר קִינְד אוּן אִים צֶעשְׁנִיטְן אוֹיף שְׁטִיקֶער. פַארְוָואס זָאלְן מִיר אָבֶּער נִישְׁט וֶוערְן דֶערְצִיטֶערְט אוּן צֶעטְרֵייסְלְט אַז קִינְדֶער וֶוערְן צֶעשְׁנִיטְן טָאג טֶעגְלִיךְ אִין דִי חַדָרִים אוּן שׁוּלֶעס דוּרְךְ מְלַמְדִים אוּן לֶערֶערִינְס.


יֶעצְט הָאט מֶען לֵיידֶער צֶעשְׁנִיטְן דֶער קֶערְפֶּער פוּן אַ קִינְד, וָואס דָאס זֶעט יֶעדֶער מִיט דִי אוֹיגְן. לֵיידֶער זֶענֶען אָבֶּער דָא מְלַמְדִים וָואס צֶעשְׁנַיידְן קִינְדֶער יֶעדְן טָאג! מֶען קֶען דָאס טַאקֶע נִישְׁט זֶען מִיט דִי אוֹיגְן, אִיךְ בִּין אָבֶּער בִּכְלַל נִישְׁט מְגַזֵם. יָא, עֶס אִיז מַמָשׁ אַזוֹי! מֶען הַרְגְ'ט קִינְדֶער! וֶוען אַ מְלַמֵד טוּט נִישְׁט זַיין אַרְבֶּעט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, עֶר טְשֶׁעפֶּעט אַ קִינְד, עֶר דֶערְנִידֶערְט אַ קִינְד, עֶר שְׁפֶּעט אָפּ פוּן אַ קִינְד; וֶוערְט דָאס נֶפֶשׁ פוּנֶעם קִינְד צֶעשְׁנִיטְן, זַיין מֹחַ וֶוערְט צֶעשְׁנִיטְן, דָאס הַרְגְ'ט אִים אָפּ פַאר זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, עֶר בְּלַייבְּט אַ בַּעַל מוּם פַאר אַלֶע זַיינֶע יָארְן!


דָאס הוֹיבְּט זִיךְ אָן פוּן דִי גָאר קְלֵיינֶע קִינְדֶער אִין קִינְדֶערְגַארְטְן, אוּן אַזוֹי גֵייט עֶס וַוייטֶער וֶוען מֶען הוֹיבְּט אָן לֶערְנֶען דִי אַלֶף-בֵּית, עִבְרִי, בִּיז אַרוֹיף צוּ דִי בַּר מִצְוָה, אוּן שְׁפֶּעטֶער אִין יְשִׁיבָה. מֶען קֶען זִיךְ אַיינְרֶעדְן אַז אַ קְלֵיין קִינְד פַארְשְׁטֵייט נָאכְנִישְׁט אוּן וֶוערְט נָאכְנִישְׁט אַזוֹי צֶעקְלַאפְּט וֶוען מֶען דֶערְנִידֶערְט אִים, דֶער אֱמֶת אִיז אָבֶּער אַז אֲפִילוּ גָאר קְלֵיינֶע קִינְדֶער וֶוערְן אִינְגַאנְצְן צֶעשְׁנִיטְן וֶוען מֶען נֶעמְט זִיךְ צוּ זֵייעֶרֶע בֵּיינֶער. אַ מְלַמֵד וָואס טְשֶׁעפֶּעט אוּן שְׁפֶּעט אָפּ פוּן אַ קִינְד, הָאט אִים מַמָשׁ צֶעשְׁנִיטְן, גֶע'שָׁחְטְ'ן, אוּן גֶע'הַרְגְ'ט!


אַ מְלַמֵד דַארְף הָאבְּן דִי וֶועלְט'ס גֶעדוּלְד צוּ דִי קִינְדֶער, זִיךְ אַרָאפְּלָאזְן צוּ זֵיי אוּן רֶעדְן שֵׁיין צוּ זֵיי, זֵיי מַאכְן פְרֵיילִיךְ, אוּן נָאר אַזוֹי קֶען עֶר מַצְלִיחַ זַיין מִיט זֵיי, נָאר אַזוֹי קֶען עֶר לֶערְנֶען מִיט זֵיי, אוּן זֵיי אָנְגְרֵייטְן אוֹיף זֵייעֶר לֶעבְּן. עֶר קֶען נִישְׁט וֶוערְן נֶערְוֶועז פוּן דִי קִינְדֶער אוּן הַאקְן, שְׁלָאגְן, אוּן זֶעצְן פוּן אַלֶע זַייטְן, וַוייל דִי אֵיינְצִיגְסְטֶע זַאךְ וָואס עֶר וֶועט אוֹיפְטוּן אִיז נָאר אַז עֶר וֶועט אָפְּ'הַרְגְ'נֶען דִי קִינְדֶער פַאר זֵייעֶר לֶעבְּן.


אִיךְ זָאג אַלֶעמָאל אַז אַ מְלַמֵד וָואס קֶען נִישְׁט הַאלְטְן דִי הֶענְט בַּיי זִיךְ, עֶר הַאקְט אוּן שְׁלָאגְט דִי קִינְדֶער, דַארְף עֶר עֶנְדֶערְשׁ גֵיין אַרְבֶּעטְן בַּיי דִי "סֶענִיטֶעישָׁאן" - צוּזַאמְצוּנֶעמֶען דִי מִיסְט פוּן דִי גַאסְן... מֶען קֶען זֶען וִוי דִי גוֹיִם וָואס אַרְבֶּעטְן מִיט דִי מִיסְט, וָואס דָאס אִיז זֵייעֶר נִישְׁט קַיין גֶעשְׁמַאקֶע אַרְבֶּעט, פוּן דִי מִיסְט קוּמְט אַרוֹיס אַ שְׁלֶעכְטֶער גֶערוּךְ, אוּן וֶוער רֶעדְט נָאךְ אִין דִי זוּמֶער טֶעג וֶוען דִי גֶערוּךְ אִיז מַמָשׁ נִישְׁט אוֹיסְצוּהַאלְטְן, אוּן דִי אַרְבֶּעטֶער זֶענֶען בְּרוֹגֶז אַז זֵיי דַארְפְן טוּן דִי שְׁמוּצִיגֶע אַרְבֶּעט, אוּן זֵיי גֶעבְּן אוֹיס זֵייעֶר כַּעַס אוֹיף דִי מִיסְט קַאנֶעס [גַארְבִּיטְשׁ קֶענְס], זֵיי וַוארְפְן עֶס אַרוּם וִוי שְׁפִּילְצֵייג, עֶס צֶעבְּרֶעכְט זִיךְ, אוּן דֶערְנָאךְ קֶען מֶען גֵיין אַרַיינְרוּפְן זִיךְ צוּ בַּאקְלָאגְן, אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז מֶען וֶועט קֵיינְמָאל נִישְׁט בַּאקוּמֶען קַיין עֶנְטְפֶער אוֹיף צוּרִיק...


דָאס אִיז דֶער רִיכְטִיגֶער פַאךְ וָואס אַ נֶערְוֶועזֶער מְלַמֵד דַארְף צוּ טוּן... אוֹיבּ קֶען עֶר נִישְׁט הַאלְטְן דִי הֶענְט בַּיי זִיךְ, עֶר קֶען זִיךְ נִישְׁט אַיינְהַאלְטְן פוּן צוּ פְרַאסְקֶען אוּן שְׁלָאגְן דִי קִינְדֶער, זָאל עֶר גֵיין אַרְבֶּעטְן בַּיי דִי מִיסְט אוּן זִיךְ אוֹיסְגֶעבְּן זַיין גַאנְצֶער כַּעַס אוֹיף דִי מִיסְט קַאנֶעס וֶועלְכֶע הָאבְּן נִישְׁט קַיין גֶעפִילְן, עֶר זָאל וַוארְפְן דִי קַאנֶעס מִיטְ'ן גַאנְצְן כֹּחַ, עֶס צֶעבְּרֶעכְן אוֹיף שְׁטִיקֶער, עֶר זָאל אָבֶּער נִישְׁט אוֹיסְגֶעבְּן זַיין כַּעַס אוֹיף אוּמְשׁוּלְדִיגֶע קִינְדֶער וֶועלְכֶע וֶוערְן גֶע'הַרְגְ'ט אִינְגַאנְצְן דוּרְךְ דֶעם.


אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט הֶסְפֵּדִים פוּן גְרוֹיסֶע בַּעֲלֵי דַּרְשָׁנִים וֶועלְכֶע הָאבְּן פְּרוּבִּירְט צוּ זוּכְן וָואס מֶען דַארְף זִיךְ לֶערְנֶען פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע טְרַאגֶעדְיֶע, זֵיי לֵייגְן עֶס אָן אוֹיף דִי טֶעכְנֶעלָאגְיֶע, אוֹיף דִי טֶעלֶעפָאוּנְס אוּן דִי קָאמְפְּיוּטֶערְס וָואס פִירְן אַרָאפּ אִידִישֶׁע קִינְדֶער פוּן וֶועג. אִיךְ וִויל אָבֶּער פַארְשְׁטֵיין פַארְוָואס אַ קִינְד זָאל וֶועלְן נֶעמֶען דִי אַלֶע כֵּלִים? פַארְוָואס פֶעלְט אִים דָאס אוֹיס? פַארְוָואס דַארְף עֶר דָאס הָאבְּן בִּכְלַל?


דָאס אִיז דָאךְ נָאר דֶערְפַאר וַוייל זַיינֶע מְלַמְדִים הָאבְּן נִישְׁט גֶעהַאט קַיין גֶעדוּלְד צוּ אִים, אַנְשְׁטָאט זִיךְ אַרָאפְּצוּלָאזְן צוּ אִים מִיט לִיבְּשַׁאפְט, צוּ לֶערְנֶען מִיט אִים וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין אִים אַ לִיבְּשַׁאפְט צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואס דַאן וָואלְט דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט גֶעגַאנְגֶען זוּכְן קַיין שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן; אַנְשְׁטָאט דֶעם גֵייט דֶער מְלַמֵד אוּן שְׁפֶּעט אָפּ פוּנֶעם קִינְד, עֶר טְשֶׁעפֶּעט אִים אוּן שְׁלָאגְט אִים מִיט רְצִיחָה, אוּן דַאן פַארְלִירְט דָאס קִינְד זַיין גַאנְצֶער חֵשֶׁק צוּ תּוֹרָה אוּן צוּ אִידִישְׁקֵייט, אוּן גֵייט זִיךְ זוּכְן גְלִיקְן אִין דִי פְרֶעמְד.


אַ גוּטֶער מְלַמֵד, אַן אִיבֶּערְגֶעגֶעבֶּענֶער מְלַמֵד, וָואס וֵוייסְט אַז מֶען הָאט אִים אָנְפַארְטְרוֹיעֶט טֵייעֶרֶע אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת אַז עֶר זָאל לֶערְנֶען מִיט זֵיי אוּן זֵיי אוֹיפְבּוֹיעֶן, וֶוען עֶר וִויל אוֹיסְלֶערְנֶען אַלֶף-בֵּית פַאר דִי קִינְדֶער, וֶועט עֶר זִיךְ אַרָאפְּזֶעצְן מִיט זֵיי אוֹיף דֶער עֶרְד, עֶר וֶועט שְׁפִּילְן מִיט זֵיי מִיט דִי שְׁפִּילְצֵייג, אוּן מִיט דִי שְׁפִּילְצֵייג וֶועט עֶר זֵיי אוֹיסְשְׁטֶעלְן אַן "אַלֶף", אוּן דֶערְנָאךְ אַ "בֵּית", אוּן אַזוֹי וַוייטֶער. וֶוען אֵיינֶער וֶועט אַרַיינְשְׁפַּאצִירְן אִין קְלַאס אוּן זֶען וִוי דֶער מְלַמֵד זִיצְט אוֹיף דֶער עֶרְד אוּן שְׁפִּילְט זִיךְ וִוי אַ קְלֵיין קִינְד, וֶועט עֶר מֵיינֶען אַז דֶער מֶענְטְשׁ אִיז אַרָאפּ פוּן זִינֶען. אָבֶּער שְׁפֶּעטֶער וֶוען דָאס קִינְד קוּמְט אַהֵיים, וֶועט עֶר וַוייזְן פַאר זַיינֶע עֶלְטֶערְן וִוי גוּט עֶר קֶען דִי "אַלֶף-בֵּית", עֶר וֶועט וַוייזְן מִיט זַיינֶע שְׁפִּילְצֵייג וִוי אַזוֹי דֶער מְלַמֵד הָאט אִים אוֹיסְגֶעלֶערְנְט צוּ מַאכְן דִי אוֹתִיוֹת. דָאס הֵייסְט אַ גוּטֶער מְלַמֵד, עֶר הָאט גֶעדוּלְד צוּ דִי קִינְדֶער, עֶר לָאזְט זִיךְ אַרָאפּ צוּ זֵייעֶר שְׁטַאפְּל, אוּן מֶען זֶעט צוּם סוֹף וִוי זֵיי קֶענֶען זֵייעֶר גוּט וָואס עֶר הָאט מִיט זֵיי גֶעלֶערְנְט.


דֶער מְלַמֵד דֶערְצֵיילְט שֵׁיינֶע מַעֲשִׂיוֹת פַאר דִי קִינְדֶער, עֶר וַוייזְט זֵיי וִוי דֶער אוֹת "אַלֶף" אִיז וִוי אַ מֶענְטְשׁ וָואס שְׁטֵייט שִׁיף, עֶר הַאלְט אֵיין הַאנְט אוֹיף אַרוֹיף, צוּ נֶעמֶען פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אֵיין הַאנְט אוֹיף אַרָאפּ, וָואס מִיט דֶעם גֶעבְּט עֶר פַאר אַ צְוֵוייטְן.


אוּן אַזוֹי גֵייט עֶס וַוייטֶער וֶוען דֶער קוּמֶענְדִיגֶער מְלַמֵד לֶערְנְט מִיט דִי קִינְדֶער עִבְרִי, אוּן דֶערְנָאךְ לֶערְנְט מֶען מִיט זֵיי חוּמָשׁ, דֶער מְלַמֵד הוֹיבְּט אָן לֶערְנֶען מִיט דִי קִינְדֶער אַ פָּסוּק אָדֶער צְוֵויי חוּמָשׁ, מִיט גֶעדוּלְד דֶערְצֵיילְט עֶר קוֹדֶם פַאר דִי קִינְדֶער וָואס דִי פַּרְשָׁה אִיז, וָואס דִי תּוֹרָה לֶערְנְט מִיט אוּנְז דִי וָואךְ, אוּן עֶר לֶערְנְט מִיט זֵיי עֶטְלִיכֶע פְּסוּקִים חוּמָשׁ, אוּן מִיט דִי צַייט גֵייט עֶר וַוייטֶער צוּ לֶערְנֶען מֶער אוּן מֶער חוּמָשׁ, דֶערְנָאךְ הוֹיבְּט עֶר אָן לֶערְנֶען מִיט זֵיי אַבִּיסְל רַשִׁ"י, אוּן אַלֶעס מִיט אַ רוּאִיגְקֵייט אוּן גֶעלַאסְנְקֵייט, אַז דִי קִינְדֶער זָאלְן בְּלַייבְּן מִיט אַ גוּטְן טַעַם אִין מוֹיל פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, נִישְׁט אַז דָאס זָאל זַיין בַּאגְלֵייט מִיט פֶּעטְשׁ, שְׁלֶעק אוּן בּוּשׁוֹת.


לָאמִיר נֶעמֶען אַ בַּיישְׁפִּיל פוּן אַ קִינְד וָואס שְׁטָאלְפֶּערְט. אַ מְלַמֵד מִיט אַבִּיסְל שֵׂכֶל וֶועט נִישְׁט הֵייסְן פַאר אַזַא קִינְד צוּ זָאגְן הוֹיךְ דִי חוּמָשׁ, וַוייל דִי אַנְדֶערֶע קִינְדֶער וֶועלְן אִים אוֹיסְלַאכְן. זֶענֶען אָבֶּער דָא רִשְׁעוּת'דִיגֶע מְלַמְדִים וָואס וֶועלְן יָא הֵייסְן פַאר דֶעם קִינְד זָאגְן הוֹיךְ דִי חוּמָשׁ, דָאס קִינְד צִיטֶערְט פוּנֶעם מְלַמֵד אוּן הוֹיבְּט שְׁטָאלְפֶּערְן בַּיי יֶעדְן אוֹת, אַלֶע קִינְדֶער לַאכְן אִים אוֹיס, אוּן דֶער מְלַמֵד אִיז נָאכְאַלְץ נִישְׁט צוּפְרִידְן, עֶר הוֹיבְּט אָן שְׁפֶּעטְן אוּן נָאכְמַאכְן דָאס קִינְד וִוי עֶר שְׁטָאלְפֶּערְט, אוּן שְׁרֵייט אִים נָאךְ אָן אַז עֶר זָאל זָאגְן שְׁנֶעלֶער. וָואס הָאט דֶער מְלַמֵד יֶעצְט גֶעטוּן? עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַ מֶעסֶער אוּן צֶעשְׁנִיטְן דָאס קִינְד אוֹיף שְׁטִיקֶער! אוּן נָאךְ עֶרְגֶער פוּן דֶעם! וַוייל וֶוען מֶען הַרְגְ'ט אַ קִינְד פִיזִישׁ, אִיז דָאס נָאר אַן אֵיינְמָאלִיגֶע זַאךְ; וֶוען מֶען הַרְגְ'ט אָבֶּער אַ קִינְד גֵייסְטִישׁ, הָאט מֶען אִים גֶע'הַרְגְ'ט לֶעבֶּעדִיגֶערְהֵייט, עֶר וֶועט דָאס גֶעדֶענְקֶען זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, אוּן עֶר וֶועט שׁוֹין הָאבְּן אַ גֶע'הַרְגְ'טֶע לֶעבְּן!


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען אִיבֶּערְגֶעבְּן אַ קִינְד פַאר אַ מְלַמֵד אוּן אִים גֶעטְרוֹיעֶן אַז עֶר וֶועט זִיךְ אָפְּגֶעבְּן מִיט אִים וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין? אַז מֶען נֶעמְט אוֹיף מְלַמְדִים אִין דִי וֶועלְט אַרַיין, מֶען קוּקְט נִישְׁט פַארְדֶעם צוּ זֶען אוֹיבּ עֶר טוֹיג טַאקֶע זִיךְ אָפְּצוּגֶעבְּן מִיט דִי קִינְדֶער, וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ דֶער מְלַמֵד וֶועט נִישְׁט אוֹיסְגֶעבְּן אַלֶע זַיינֶע אָנְגֶעצוֹיגֶענֶע נֶערְוֶוען אוֹיף דִי קִינְדֶער? וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ דֶער מְלַמֵד וֶועט נִישְׁט שְׁלָאגְן אוּן הַרְגְ'עֶנֶען דִי קִינְדֶער מִיט מַכּוֹת רֶצַח פַאר יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס וֶועט אִים נִישְׁט שְׁמֶעקְן?


איך וועל נישט אראפברענגען די גאנצע הספד אבער נאך איין שטיקל וויל איך ענק אראפברענגען:


אִיךְ וֶועל אַייךְ דֶערְצֵיילְן אַ מַעֲשֶׂה פוּן אַ אִינְגְל אִין חֵדֶר, דֶער טַאטֶע פוּן דֶעם אִינְגְל זִיצְט דָא יֶעצְט בַּיים שִׁיעוּר. דֶער אִינְגְל אִיז נֶעבֶּעךְ גֶעוָוארְן אַ יָתוֹם בַּיי דִי פִינְף יָאר, זַיין מַאמֶע אִיז נִפְטָר גֶעוָוארְן יוּנְגֶערְהֵייט. אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעגֶעבְּן צוּ עֶסְן אֵייעֶר אִין חֵדֶר פַאר מִיטָאג, דָאס קְלֵיין אִינְגְל הָאט שְׁטִילֶערְהֵייט אַרַיינְגֶעלֵייגְט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ, אוּן דֶער מְנַהֵל הָאט דָאס בַּאמֶערְקְט.


מֶער הָאט נִישְׁט אוֹיסְגֶעפֶעלְט, דֶער מְנַהֵל אִיז אַרַיין אִין אַ וִוילְדֶע כַּעַס אַז דֶער אִינְגְל הָאט גֶע'גַנְבְ'ט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁלָאגְן דֶעם קִינְד מַכּוֹת רֶצַח, עֶר הָאט אַזוֹי גֶעפְרַאסְקֶעט אוּן גֶעשְׁלָאגְן, אַז דֶער מְלַמֵד פוּנֶעם אִינְגְל הָאט דָאס שׁוֹין מֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט צוּקוּקְן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דָאס קִינְד אִין דִי זַייט אוּן אִים גֶעפְרֶעגְט פַארְוָואס עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי אֵייעֶר, הָאט דֶער אִינְגְל גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּילְט מִיט דִי שְׁנֵיי אוֹיפְ'ן גַאס אוּן עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר קַאלְט, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַרַיינְלֵייגְן עֶטְלִיכֶע וַוארִימֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ זִיךְ אָנְצוּאוַוארִימֶען מִיט דֶעם, עֶר הָאט נָאכְדֶעם גֶעוָואלְט צוּרִיקְלֵייגְן דִי אֵייעֶר.


יֶעצְט לָאמִיר פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי גְרוֹיסֶע עֲבֵירָה פוּן דֶעם אִינְגְל אַז עֶר הָאט גֶעדַארְפְט כַאפְּן דֶערְפַאר אַזֶעלְכֶע גֶע'הַרְגְ'טֶע שְׁלֶעק. קוֹדֶם הָאט עֶר בִּכְלַל נִישְׁט גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, עֶר הָאט זִיךְ נָאר גֶעוָואלְט אָנְוַוארִימֶען דֶערְמִיט פַאר עֶטְלִיכֶע מִינוּט, וָואלְט וֶוען דֶער מְנַהֵל אִים גֶעדַארְפְט קוֹדֶם פְרֶעגְן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אוּן דַאן וָואלְט עֶס שׁוֹין גֶעוֶוען אַן אַנְדֶערֶע מַעֲשֶׂה אִינְגַאנְצְן. צְוֵוייטְנְס, אֲפִילוּ לָאמִיר זָאגְן אַז עֶר הָאט יָא גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, קוּמְט זִיךְ אִים פַאר דֶעם מַכּוֹת רֶצַח? לֶערְן אִים אוֹיס אוּן זָאג אִים אַז עֶר זָאל דָאס נִישְׁט טוּן נָאכְאַמָאל. אוּן דְרִיטְנְס, אֲפִילוּ אוֹיבּ דֶער מְנַהֵל הַאלְט יָא אַז עֶס קוּמְט זִיךְ אַ שְׁטְרָאף פַאר דֶעם אִינְגְל, אִיז דָאךְ דָא גֶענוּג נָארְמַאלֶע שְׁטְרָאפְן אִים צוּ גֶעבְּן, עֶר קֶען אִים זָאגְן אַז מָארְגְן וֶועט עֶר נִישְׁט קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין שְׁפִּילְן בַּיי מִיטָאג, אָדֶער עֶפֶּעס עֶנְלִיךְ; עֶס קוּמְט זִיךְ זִיכֶער נִישְׁט קַיין שְׁרֶעקְלִיכֶע שְׁלֶעק פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל וָואס הָאט גֶע'גַנְבְ'ט אַפָּאר אֵייעֶר.


אַן עֶנְלִיכֶע מַעֲשֶׂה הָאט אִיךְ גֶעהֶערְט פוּן אַ מְלַמֵד פוּן אַן אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה. דֶערְצֵיילְט עֶר מִיר אַז אֵיין טָאג בַּיי מִיטָאג אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ מְלַמֵד וָואס הָאט גֶעפֶערְלִיךְ גֶעשְׁלָאגְן אַ קִינְד, מַמָשׁ גֶע'הַרְגְ'טֶע קְלֶעפּ פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל. דִי אִיבְּרִיגֶע מְלַמְדִים זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ לוֹיפְן צוּ זֶען וָואס עֶס הָאט פַּאסִירְט, זָאגְט יֶענֶער מְלַמֵד אַז אַזוֹי וִוי דָארְט אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין הַאנְטוּכֶער אָפְּצוּאוִוישְׁן דִי הֶענְט, נָאר עֶס אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ בְּלָאזֶער וָואס בְּלָאזְט אַרוֹיס הֵייסֶע לוּפְט אוּן מִיט דֶעם טְרוּקְנְט מֶען זִיךְ אָפּ דִי הֶענְט, אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער אִינְגְל אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְשְׁטוּפְּן אַן אֵיי אִין דִי מַאשִׁין, אוּן אַזוֹי צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין, אוּן דֶערִיבֶּער קוּמְט זִיךְ אִים גוּטֶע פֶּעטְשׁ.


יֶעצְט אִיז וִוידֶער דִי זֶעלְבֶּע מַעֲשֶׂה, קוֹדֶם פְרֶעג דֶעם קִינְד וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט טוּן אוּן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אֵיידֶער דוּ מַאכְסְט אָפּ אַז עֶר הָאט זִיכֶער בְּמֵזִיד גֶעוָואלְט צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין. דֶערְנָאךְ קוּק טַאקֶע אוֹיבּ דֶער מַאשִׁין אִיז צֶעבְּרָאכְן גֶעוָוארְן. אוּן אֲפִילוּ אוֹיבּ עֶר הָאט טַאקֶע בְּמֵזִיד צֶעבְּרָאכְן דִי מַאשִׁין, אִיז עֶר אוֹיךְ נִישְׁט מְחוּיָב מִיתָה פַאר דֶעם, רֶעד מִיט אִים אוּן לֶערְן אִים אוֹיס אַז מֶען טָאר דָאס נִישְׁט טוּן, אוּן גֵיי בֶּעט פוּן זַיין טַאטְן צוּ בַּאצָאלְן דִי שָׁאדְן.


דֶערְוַוייל גֶעבְּט מֶען אַ קוּק אוֹיפְ'ן מַאשִׁין אוּן מֶען זֶעט אַז עֶס בִּכְלַל נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן, דָאס קִינְד שְׁטֵייט אִין דִי זַייט אוּן וֵויינְט בְּכִיוֹת נוֹרָאוֹת פוּן יִסוּרִים, אוּן וֶוען מֶען פְרֶעגְט אִים וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן, זָאגְט עֶר אַז זַיין אֵיי אִיז פָּשׁוּט אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען עֶס אָפְּוַואשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ הָאט עֶר עֶס גֶעוָואלְט אוֹיסְטְרוּקֶענֶען בַּיי דֶעם מַאשִׁין. עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער אִינְגְל הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעטוּן, אוּן נִישְׁט גֶעוָואלְט טוּן, קַיין שׁוּם עַוְלָה.


דָאס קִינְד וֶועט אָבֶּער קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי מַעֲשֶׂה, עֶר וֶועט אֵייבִּיג גֶעדֶענְקֶען דִי שְׁלֶעק וָואס עֶר הָאט גֶעכַאפְּט פַאר אוּמְזִיסְט. דֶער אִינְגְל הָאט נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן דֶעם מַאשִׁין, דֶער מְלַמֵד הָאט אָבֶּער יָא צֶעבְּרָאכְן דִי נֶפֶשׁ פוּן דֶעם קִינְד אוּן אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ בַּעַל מוּם אוֹיף זַיין גַאנְץ לֶעבְּן.


אַן אַנְדֶער אִינְגְל אִיז גֶעוֶוען נֶעבֶּעךְ אַ יָתוֹם פוּן זַיין מַאמֶע, זַיין טַאטֶע הָאט גֶעדַארְפְט שְׁוֶוער אַרְבֶּעטְן צוּ בְּרֶענְגֶען פַּרְנָסָה, שׁוֹין גָאר פְרִי הָאט עֶר גֶעדַארְפְט אַרוֹיסְלוֹיפְן פוּן הוֹיז צוּ דִי אַרְבֶּעט, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן פוּנֶעם גְרֶעסְטְן אִינְגְל אַז עֶר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קְלֶענֶערֶע קִינְדֶער, עֶר זָאל זֵיי אָנְטוּן אוּן זֵיי שִׁיקְן אִין חֵדֶר אוּן אִין שׁוּלֶע. פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גְרִינְגֶע אַרְבֶּעט אֲפִילוּ פַאר עֶלְטֶערְן אוּן זִיכֶער פַאר אַ קִינְד, אוּן בִּיז עֶר הָאט אַלֶעס גֶעעֶנְדִיגְט אִיז גֶעוָוארְן שְׁפֶּעט, אוּן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ שָׁעָה שְׁפֶּעט אִין חֵדֶר.


וֶוען עֶר קוּמְט אַרַיין אִין קְלַאס, אִיז דֶער מְלַמֵד אִים מְקַבֵּל פָּנִים מִיט פֶּעטְשׁ אוּן פְרֶעסְק, אוּן שְׁרֵייט אוֹיף אִים: "פַארְוָואס בִּיזְטוּ גֶעקוּמֶען אַזוֹי שְׁפֶּעט?" דֶער אִינְגְל וֵויינְט נֶעבֶּעךְ, עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אַז עֶר אִיז נִישְׁט שׁוּלְדִיג, עֶר הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין מַאמֶע, אוּן עֶר דַארְף טוּן דִי אַרְבֶּעט פוּן אַ מַאמֶע יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי. אוּן דֶער מְלַמֵד שְׁרֵייט וַוייטֶער: "מָארְגְן זָאלְסְטוּ זִיכֶער מַאכְן צוּ זַיין צַייטְלִיךְ אִין חֵדֶר, וַוייל אוֹיבּ נִישְׁט וֶועסְטוּ עֶרְשְׁט כַאפְּן פוּן מַיין שְׁטֶעקְן!"


פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז צוּמָארְגְנְס הָאט דֶער אִינְגְל וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען צַייטְלִיךְ, אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גֶעהַאט צוּ זָאגְן אַ וָוארְט פַארְ'ן מְלַמֵד, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעכַאפְּט אוּן גֶעכַאפְּט אָן אוֹיפְהֶער. הֵייסְט דָאס דֶען נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן אַ קִינְד?! קוֹדֶם פְרֶעג זִיךְ נָאךְ אוּן וֶוער גֶעוואוֹיר וָואס דִי מַעֲשֶׂה אִיז, אֶפְשָׁר אִיז דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט שׁוּלְדִיג?


*


אשרינו אז מיר האבן זוכה געווען אז מוהרא"ש זאל אונז אזוי מחזק זיין אז מיר זאלן אויסקלויבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן סבלנות, און זיי שטענדיג מחזק זיין זיי זאלן געדענקען אז מען דארף האבן אייזערנע געדולד צו די קינדער, און אזוי וועלן מיר קענען אויפברענגען געזונטע דורות פארן אייבערשטן.


יישר כח פאר די שיינע בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#192 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס גנב'ט?
חינוך הילדים, גניבה, קאפל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טוט מען מיט א קינד וואס וויפיל מען זאגט אים, נעמט ער אלץ אוועק זאכן פון א צווייטן אינגל, אדער אפילו פונעם מלמד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביי גניבה דארף מען זייער אכטונג געבן אויסצולערנען די קינדער נישט צו גנב'ענען, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מי שנפתה לבו לגזול וכיון שהתיר לעצמו גזילת חבירו, הרי הוא מוכן לכל חטא ועון, ואין תקנה להסירו מדרכו הרעה", ווער עס איז איבערגערעדט געווארן צו גנב'ענען, איינמאל ער פאלט אין דעם, ער הייבט אן גנב'ענען - איז א סימן אז ער איז גרייט צו טון אלע עבירות און עס איז נישטא קיין וועג אים צו פאררעכטן.


אבער חס וחלילה פארשעמען, שלאגן אדער משפיל זיין, נאר אים מחנך זיין, אים זאגן די הארבקייט פון גניבה, און אז מען קען ביים סוף אנקומען אין תפיסה; און אז מען זעט אז מען פועל'ט נישט - געבט מען א קנס פון נישט גיין שפילן ביי הפסקה וכדומה, אבער חס ושלום פארשעמען און געבן א צונאמען 'גנב'; דאס מאכט נישט בעסער, דאס מאכט נאר מען זאל אלעס אפלאזן, אזוי ווי מיר זעען, די תורה הייבט זיך אן (בראשית א, א): "בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ", די תורה דערציילט בריאת שמים וארץ, פרעגט רש"י, פארוואס הייבט מען נישט אן מיט די מצוות? מיט "החודש הזה לכם ראש חדשים"? נאר וויבאלד די גוים טענה'ן אז מיר זענען גנבים, מיר האבן געגנב'עט ארץ כנען, זאגט די תורה מיר זענען נישט קיין גנבים, די וועלט האט דער אייבערשטער באשאפן, ער האט ערשט געגעבן ארץ ישראל פאר די פעלקער און שפעטער האט ער עס אוועק גענומען פון זיי און אונז געגעבן; מען דארף פארשטיין, וואס איז דא דער ענטפער אז מען הייבט נישט אן די תורה מיט די תרי"ג מצוות ווייל וכו', דאס קען מען זאגן שפעטער, אז ארץ ישראל באלאנגט פאר די אידן, די תורה זאל זיך אנהייבן מיט אלע מצוות און ערגעץ אינמיטן אדער ביים סוף זאל שטיין די ראי' אז מיר זענען נישט קיין גנבים?


נאר אז מען וויל לערנען מיט א איד תורה און מען באטיטלט אים 'גנב' - איז נישט מעגליך דער מענטש זאל לערנען תורה, ווייל ער איז ביי זיך צעקלאפט, ער קוט זיך אן ווי א שלעכטער; דאס זאגט רש"י, מען קען נישט געבן די תורה פאר א פאלק וואס מען באטיטלט זיי פאר גנבים, פארברעכער, מען מוז ערשט אפווישן די שלעכטע געפיל און די טענה וואס מען זאגט אויף אונז אז מיר זענען גנבים, פאברעכער, אז דאס איז נישט וואר; יעצט קען מען לערנען די פרשה פון "החודש הזה לכם ראש חדשים", אז דו זאגסט איך בין נישט קיין גנב, דו קוקסט גוט אויף מיר - בין איך גרייט צו הערן די גאנצע תורה.


אויך זאלסטו זען אז דער קינד זאל האבן א גרויסע קאפל, דאס איז א סגולה פאר נישט גנב'ענען. די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון פארן קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.



א גוטן חודש.

#191 - פארוואס האב איך געלאזט צעשניידן דעם קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תשובה, הפצה, מלמדים, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אלס קינד אין חדר מיט א קינד וואס זיינע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע; איך בין געווען פון זיינע נאנטע חברים.


איך געדענק אים אלס א גוט קינד, מיט אביסל א שוואכע קאפ אין לערנען, אבער מיט א געוואלדיגע חשק צו לערנען, ער פלעגט לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ער האט דורכגעזאגט מסכתא נאך מסכתא מיט התלהבות, און יעדעס מאל ווען ער האט געענדיגט א מסכתא האט זיין מאמע געשיקט א טארט אין חדר לכבוד די סיום.


אבער אנשטאט דער מלמד זאל אים מחזק זיין, זענען זיינע סיומים געווארן א קוואל פון געשפעט און חוזק, דער מלמד פלעגט אים פארשעמען, זאגנדיג: "דו ליינסט גמרא און דו מאכסט א סיום", און די קינדער פלעגן אים באזינגען מיט חוזק טענער אויף מוהרא"ש, איך קען ניטאמאל שרייבן די ווערטער וואס מען האט געזאגט אויף מוהרא"ש.


איך בין דארט געווען, איך בין געווען זיין חבר, און איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים, איך האב אים נישט באשיצט. איך בין דעמאלט געווען א קינד, און איך האב נישט פארשטאנען ווי גרויס איז די כח פון ליצנות, אפשר אין יענע מוסד האט מען געהאלטן פון פארשעמען... און איך האב נישט געוואוסט ווי טיף א ווארט קען אריינגיין אינעם נפש פון א קינד; היינט פארשטיי איך, און עס רייסט מיר דאס הארץ.


אינמיטן כתה ח' איז ער אנטלאפן פון חדר, און מער האט מען נישט געהערט פון אים.


פאר פיר יאר צוריק האב איך אים נאכאמאל באגעגנט, איך האב געהאט טרערן אין די אויגן, ער האט מיך ארומגענומען און געהאלזט, אבער דאס קינד וואס איך האב געקענט איז שוין געווען אן אנדערער מענטש, נעבעך אן א קאפל און אן פיאות. זייט דעמאלט בין איך אסאך מתפלל פאר אים, און איך טובל זיך אין מקוה לזכותו.


וואס דארף איך מתקן זיין? איך דארף עפעס מקבל זיין אויף מיר? מער מתפלל זיין? דארף איך א תיקון אויף דעם וואס איך האב זיך נישט אנגענומען פאר אים און אים נישט באשיצט? אפשר ווען איך וואלט דעמאלט געהאט שכל וואלט איך אים געזאגט: "שעם זיך נישט, דו לערנסט, דו שטרענגסט זיך אן, דו ענדיגסט מסכתות, דו ביסט זייער טייער ביים אייבערשטן", די ווייטאג טראגט איך מיט מיר ביז'ן היינטיגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן די מעשה, די סארט מעשיות ווי א מלמד מיט קינדער האבן גורם געווען אוועק צו שטופן א קינד דורך טשעפען און פארשעמען - דאס שניידט אריין אין הארץ; ווי קען זיין אז א טאטע שיקט זיינע קינדער צו א מלמד ער זאל אים אויפבויען, אויפהייבן, און דיקא דער מלמד איז גורם ער זאל אפלאזן זיין גאנצע אידישקייט; ווי קען זיין אזא זאך? ווי מעג אזא איינער זיין א מלמד? לאמיר זאגן דער מלמד איז גערעכט, וואס זאל דער קינד טון ווען אין שטוב הערט ער איין סארט מהלך און אין חדר הערט ער א צווייטע סארט מהלך, וואס קען ער טון? דאס איז מיין טאטע, ווי מעג מען אוועק מאכן מיין טאטע? דאס הרג'עט אים זיין נפש אויף זיין גאנץ לעבן.


אודאי זאלסטו זיך פארנעמען צו פאררעכטן, זאלסט מתפלל זיין פאר אים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו תשובה טון, תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער ווי שכל, ווי טבע, ווי פאקטן וכו' וכו'; תפילה והתבודדות איז די עצה.


דו ווייסט אודאי די מעשה ביי ר' נפתלי א תלמיד ביים רבי'ן וואס האט געהאט א זון וואס איז אוועקגעפאלן פון אידישן וועג, פלעגט ער דאווענען אז דער קינד זאל שטארבן; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון פירט זיך אויף נישט אידיש, וכך הוה, דער קינד איז געשטארבן. האט אים רבי נתן פארגעהאלטן: "וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער תשובה געטון", ווייל אז מען בעט פאר א קינד, קרוב אדער חבר זיי זאלן תשובה טון – פועל'ט מען.


אויך זאלסטו עוסק זיין אין פארשפרייטן פאר מלמדים און מחנכים וכדומה - די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פון חינוך הילדים, עצות און הדרכה פאר מלמדים און מחנכים, ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, ווי אזוי מען דארף אכטונג געבן נישט צו פארשעמען קינדער, און אז א קינד קומט פון א שטוב וואס זיי האבן געוויסע מנהגים אדער א געוויסע דרך - זאל דער מלמד דאס שעצן, און חס ושלום נישט אפלאכן, און אז די עלטערן פונעם קינד זענען אינטערעסאנט - דארפן די מלמדים און מחכנים וכדומה - שטיין על המשמר און באשיצן די קינדער, די קינדער זאלן זיך נישט נעמען אויף דעם קינד כחץ למטרה.


מוהרא"ש האט געשריבן הערליכע ספרים און הערליכע קונטרסים, אויך קומט ארויס כסדר פרישע ספרים, קונטרסים און גליונות; וואויל איז דעם וואס פארשפרייט דאס, וועט ער האבן א חלק און אויפבויען אזויפיל אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



כתיבה וחתימה טובה.

#190 - מעג מען אזוי אנהאקן א קינד?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז יעצט פארגעקומען א מעשה אין מיין קלאס, און איך וויל עס אויסשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגקייט, אינמיטן קומט דער מנהל אריין צוזאמען מיט א אינגל פון די קלאס, עס שפריצט פייער פון זיינע אויגן און נאז, און ער רופט אויס אז דער אינגל (זיבן יאר אלט) האט אנגעווארנט איינעם אז ער וועט אים אפהאקן די הענט, וויל ער יעצט ווייזן פאר יעדן, און טאקע אויף דעם אינגל'ס האנט, וואס עס מיינט אפהאקן א האנט.


ער געבט א שלעפ דעם אינגל'ס האנט און נעמט זיך האקן ווי א מעסער מיט כעס און כח, דער אינגל האט זיך גענומען אזוי צו וויינען, און ער איז נאכאלץ נישט געווען צופרידן און ער זאגט "יעצט געב מיר דיין אנדערע האנט", און ער האקט אריין אין די קליינע דארע הענטעלעך, און אזוי איז ער געגאנגען צוריק צום אנדערן הענט, אזוינע זעצעס וואס אפילו פאר אן ערוואקסענעם וואלט עס שטארק וויי געטון, איך האב ממש נישט געקענט קוקן אויפ'ן מנהל, מען טאר דאך נישט קוקן אין פנים פון איינעם וואס איז אין כעס.


מיין שאלה איז צי איך מעג ארויסווייזן דוקא אן אפענע אהבה צו דעם אינגל, אפילו ווען אנדערע קינדער באמערקן אז איך געב אים מער פון יעדן, קארטלעך וכדומה? און וואס דארף איך בכלל טון אין אזעלכע צייטן, איך מעג דאס דערציילן פאר די עלטערן? עס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האלט אזאנס מיט.


יישר כח פאר אלע שיעורים ביז אהער, עס געבט מיר א קלארקייט און רואיגקייט אינעם טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די שוידערליכע בריוו.


אודאי זאלסטו געבן מער ליבשאפט פאר דעם קינד, און אודאי זאלסטו דערציילן פאר די עלטערן די מעשה וואס האט פאסירט; די עלטערן דארפן וויסן יעדע ריר וואס טוט זיך אין חדר מיט זייערע קינדער, ווייל די מעשיות זענען גורם אז די יוגנט גייט ארויס לתרבות רעה, ווייל אנשטאט מחנך זיין די קינדער - טוט מען זיי צערייסן זייער נפש, רוח ונשמה.


ביי אזא מעשה וואס האט פאסירט, ווען א קינד קומט דערציילן פארן מנהל אז א צווייטע קינד האט אים דערשראקן אז ער גייט אים אפהאקן די הענט השם ישמרינו - דארף דער מנהל ערשט בארואיגן דעם קינד, אים זאגן: "קיינער האקט נישט אפ קיין הענט, האב נישט מורא, עס איז דא מענטשן מיט א צעלאזטע שפראך, יעדע ווארט איז 'איך גיי דיך הרג'ענען, איך גיי דיך בא'מקל'ען די ביינער וכו'', מען דארף נישט מורא האבן"; און דער מנהל דארף נעמען דעם אנדערן קינד און אים פרעגן וואס די מעשה איז געווען, "פארוואס סטראשעסטו אנדערע קינדער? פארוואס ווארפסטו א פחד? און אפילו איינער האט דיך בא'עולה'ט - רעדט מען נישט אזוי", און אז מען זעט אז דער קינד טוט ווייטער די זאכן - געבט מען א קנס, ער זאל נישט קענען שפילן ביי הפסקה וכדומה לזה, אבער חס ושלום טון אזעלכע מעשיות, דאס איז נישט קיין חינוך, דאס איז אכזריות השם ישמרינו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, געב אכטונג אויף די קינדער, קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע אייגענע קינדער, קוק אויף זיי מיט רחמנות. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; מוהרא"ש זאגט פשט, דאס איז נישט קיין שבח, אז מען זאגט פארן מלמד 'דיינע תלמידים זענען אזוי ווי דיינע קינדער', נאר דאס איז א התחייבות, מען פארלאנגט פון אים ער זאל צוגיין צום קינד און טראכטן: 'דאס איז מיין קינד, און אז מיין קינד פירט זיך אויף נישט ריכטיג וואלט איך אים צעבראכן זיינע הענט?' ווער וואלט אזוינס געטון מיט זיינע אייגענע קינדער?


געב דעם קינד אסאך ליבשאפט, געב אים א גלעט, וועט זיין נפש פארהיילט ווערן; געב אים א שמייכל, וועט מען קענען ראטעווען זיין עתיד. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געווען א מלמד פלעגט ער גלעטן די קינדער, ער פלעגט זיי קישן און ליב האבן, און די חידוש איז, אז נישט נאר די קינדער וואס שטעלן זיך צו צום סיסטעם האט ער געקישט און ליב געהאט, די חידוש איז אז ער האט געקישט די קינדער וואס האבן נישט פלייסיג געלערנט, די קינדער וואס האבן נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי וכו', און אזוי האט ער זיי אלע אויסגעהיילט זייער נפש און געברענגט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#189 - ווי אזוי שיקט מען א קינד אין חדר צום ערשטן מאל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חדר, שכר לימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם מיר גרייטן זיך צו שיקן אונזער זון אין חדר אי"ה נאך די ימים טובים, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז גע'עצה'ט.


איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן אדער טון בעפאר מען שיקט דעם ערשטן קינד אין חדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך ווען מען שיקט אריין א קינד אין חדר - דארפן די עלטערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען שטייט שוין ביי די גליקליכע צייט אז מען האט א קינד, א געזונט קינד - וואס גייט שוין אין חדר לערנען די הייליגע תורה, מען דארף לויבן דעם אייבערשטן אן אויפהער.


צווייטנס דארפן די עלטערן וויסן אז צאלן שכר לימוד איז א חיוב גמור, דורך צאלן שכר לימוד איז מען מקיים די מצוה וואס ליגט אויף די טאטע פון (דברים ו, ז): "ושננתם לבניך", א טאטע דארף לערנען תורה מיט די קינדער; שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, און מען קען דאס נישט צאלן פון מעשר געלט, און חס ושלום אז מען איז מזלזל אין דעם, מען צאלט נישט שכר לימוד - שאט דאס פאר די קינדער.


דריטנס, עס איז כדאי צו זיין פארבינדן מיטן מלמד און מנהל, ארבעטן אינאיינעם; ווייל דאס ארבעטן אינאיינעם איז א גאר גרויסע מעלה פאר די קינדער.


ועל כולם איז תפילה; בעטן דעם אייבערשטן פארן קינד אז ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד, ער זאל לערנען און דאווענען, און לעבן מיט אמונה. ווייל ביי אנדערע זאכן קען מען מאכן סגולות וכו', אבער זוכה זיין צו האבן גוטע קינדער - איז דער עיקר תפילות פון עלטערן. אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, אז א איד איז געקומען בעטן א ברכה פונעם הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו אויף גוטע קינדער, האט דער צדיק גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.

#188 - וואס טוט מען מיט א חוצפה'דיגן קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, שמחה, עצבות, כבוד, תפילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט ליכטיג מיין לעבן, מיר געגעבן גאר אסאך עצות און ווארעמקייט.


ביטע ליינען מיינע שורות וואס דריקן אויף מיין הארץ און מח, איך שפיר ווי מיין אטעם איז שווער און מיין מח איז נישט בסדר, איך שפיר ווי עס שווינדלט מיר מיין מח, עס איז מיר זייער נישט גוט. פארוואס? ווייל איינער פון מיינע קינדער איז ברוך ה' זייער איידל און ערליך, אבער יעדעס מאל מען טיילט אים איין אנדערש ווי אזוי ער וויל, פאלט ער אריין אין א שרעקליכע כעס, חוצפה און צעדרייטקייט.


עטליכע וואכן צוריק אום שבת איז ער אריינגעפאלן אין א שטארקע כעס, ער איז אריינגעקומען צו די סעודה און צוגעגאנגען צוםדי זאלץ מעסטל, עס איבערגעדרייט, און אויסגעגאסן א קאפ גרעיפ דזשוס, און חוזק געמאכט אין פארנט פון אלע מיינע קינדער פון יעדעס ווארט וואס איך האב געזאגט.


אן אנדערע וואך שבת האט ער אויסגעלאשן די לעקטער פון קאך מחמת כעס, און מיך אויסגעפייניגט, מיך געשטופט, און ווען מיין ווייב האט אים געזאגט אז ער טאר נישט גיין צום מלוה מלכה אין בית המדרש ביי אונזער שול, האט ער זיך אויפגעפירט און גערעדט מיט חוצפה, און זונטאג צופרי האט ער נישט געוואלט ארויסקומען פון בעט, ער האט זיך גע'חוצפה'ט, ווען עס איז שוין געווארן 12:20 נאכמיטאג און איך האב געזען אז גארנישט רוקט זיך, האב איך אים ארויסגענומען פון בעט, האט ער אנגעהויבן שרייען: "איך בין שטערקער פון דיר, איך ווארן דיך", און ער האט מיר אויסגעבויגן מיין הענט.


איך בין זייער פארביטערט און דערשראקן, אויסער זיין אייגענע אויפפירונג, שטערט עס אויך די גאנצע משפחה, יעדער כאפט פון אים. איך ציטער איך זאל נישט קראנק ווערן, אדער כאפן א נערווען בראך.


זייט אנהויב זומער האלט איך זיך צוריק פון שרייבן, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין עצתו אמונה אז ער איז נישט אין אפיס. יעצט קען איך אבער מער נישט, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ליינען מיין בריוו.


ביטע מיר געבן אן עצה און א נחמה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם נישט צום הארצן ווען דיין זון איז זיך מתחצף פאר דיר אדער דיין ווייב; אמאל דארף מען דאס אריבער גיין וכו', מען ווייסט נישט פארוואס וכו', מען דארף האבן אסאך סבלנות נישט צו ווערן אויפגעגעסן און נישט ווערן מיואש.


ביי ענקער פאל דארפן ענק מיט דעם קינד נעמען אן אנדערע גאנג, ווייל אזוי זאגט די הייליגע תורה (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ", מען דארף אויפציען קינדער, זיי לערנען די ריכטיגע וועג אין לעבן; אבער עס מוז זיין 'על פי דרכו', יעדן קינד לויט זיין וועג, און אז ער איז אנדערש ווי דיינע קינדער - זאלסטו אים מער מכבד זיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז די וועג פון קלוגע עלטערן, שטענדיג אויסלויבן די קינדער.


פון יעצט און ווייטער זאלסטו גיין מיט אים מער אויף א לייכטע וועג, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן צו), ווער עס האט רחמנות אויף זיינע קינדער, איז א סימן אז ער האט א הייליגע פארשטאנד; אז ער קען נישט נעמען ווען מען זאגט אים - זאלסטו אים ווייניגער זאגן, זאלסט אים געבן אסאך גוטע ווערטער אן קיין שיעור, רוף אים יעדן טאג אין קעמפ און זאג אים אז דו האסט אים זייער ליב, און פרעג אים אויב ער דארף עפעס.


והעיקר זאלסטו יעדן טאג אוועק געבן פינף מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר אים, זאלסט בעטן פאר אלע קינדער און באזונדער פאר אים; ער זאל זיין פרייליך, ער זאל וואקסן געזונט, ער זאל קענען נעמען די לעבן אפילו ווען עס גייט אנדערש ווי ער וויל וכו', ווייל דאס איז די סוד פון הצלחה מיט די קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז א איד האט געבעטן א ברכה פונעם הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


איך האב נישט ליב די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו ביסט דערביטערט וכו'; א איד טאר נישט זיין דערביטערט, א איד מעג זיין צעבראכן, אבער דערביטערט מיינט יאוש און עצבות, וואס קען חרוב מאכן דאס לעבן פונעם מענטש, דאס איז נישט וואס דער רבי לערנט אונז, דער רבי לערנט אונז אז ווען זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן - נישט אויף צו געבן, נאר האפן, גלייבן און ווארטן אויף די ישועה.


ליין איבער דעם בריוו אסאך מאל, עס שטייען אין די בריוו אסאך שיינע עצות ווי אזוי דו זאלסט זיך קענען אומגיין מיט דיין קינד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#187 - וועלכע סארט טעלעפאן זאל איך קויפן?
שלום בית, חינוך הילדים, נסיונות, טעלעפאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב'ס טעלעפאן, א כשר'ע טעלעפאן מיט אן הכשר, האט זיך צעבראכן, און יעצט האב איך צוויי אויסוואלן וואס איר צו קויפן, אדער נאכאמאל א כשר'ע טעלעפאן מיט אן הכשר, וואס די סארט טעלעפאנען זענען נישט פון אזא גוטע קוואליטעט, אדער קען איך קויפן א געווענליכער טעלעפאן וואס קען ארייננעמען א כשר'ע סים קארטל, וואס איז האלב די פרייז, און עס איז סאך א בעסערע קוואליטעט, און פארשטייט זיך אז מען וועט עס נוצן נאר מיט א כשר'ע סים, וואס מען קען נאר רעדן מיט דעם און עס האט נישט קיין טעקסט; אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר זאגן וואס איז ריכטיג צו טון, וועלכע אויסוואל צו נעמען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט טאמעוואטע וועלכע טעלעפאן עס איז ענדערש צו קויפן פאר דיין ווייב; אודאי די מערסטע כשר'ע און די מערסטע פשוט'ע, וואס איז בכלל די שאלה...


די נסיונות ווערן שטערקער און שטערקער, מען ווייסט נישט וואס די מארגן וועט ברענגען, מיר דארפן רחמי שמים אויף אונזערע קינדער; דארף מען אוועק שטיין פון די גאס דאס מערסטע וואס איז מעגליך, און קויפן די טעלעפאן וואס די רבנים זאגן, אז מען קען האבן די טעלעפאן וואס האט נישט קיין וועג צו זען און הערן קיין שלעכטס.


דאס ווייסטו אז אפילו ביי די אומות העולם איז געווארן א רעש און א טומל, די אמעריקאנע רעגירונג וויל אוועק שטעלן תקנות אז די יוגנט זאל נישט האבן מער קיין צוטריט צו טעכנעלאגיע, אפילו זיי זאגן אז עס איז עק וועלט, נישט אז מיר דארפן ראיות פון זיי, נישט אז מיר קוקן אויף זיי; איז ווי קען מען זיך מאכן טעמאוואטע...


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אן ערליכע שטוב, דו, דיין ווייב, דיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון די גרויסע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - וויפיל דארף א קינד לערנען?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

א טאטע פרעגט:


מיין זון, זעקס און א האלב יאר זאגט שעות ארוכות משניות, איז דאס גוט?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

א יונג קינד דארף זיך אויסגעבן; שפילן, שפרינגען און טאנצן.

#185 - מעג מען אזוי רעדן צו א קינד?
התחזקות, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א תלמידה דערציילט מיר אז איר מאמע זאגט איר, "ווען איך וואלט געוואוסט ווי אזוי דו וועסט אויפוואקסן, וואלט איך דיר נישט געוואלט געבוירן",  איך האב אין לעבן נישט געקלערט אז א מאמע קען דאס זאגן פאר א קינד.


זי זאגט זי איז געווארן אזוי צובראכן. זי הערט אזויפיל שיעורים און ארבעט אזוי שטארק אויף איר כיבוד אב ואם, און איר מאמע זאגט איר, "ביסט טאקע זייער וואויל לעצטנס, אבער איך בין ווייט נישט צופרידן". זי דערציילט זי איז אריין אין צימער און געוויינט.


זי זאגט אז איין זאך האט איר בארואיגט אז זי קען עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, און ער ווייסט אז איך מיין צו זיין גוט, און עכט בין איך וואויל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי ווייטאגליך צו הערן די סארט מעשיות, ווי עלטערן קלאפן זייערע אייגענע קינדער מיט שרעקליכע ווערטער וואס מען קען עס נישט פארהיילן, די ווערטער שעדיגן די קינדער און עס באגלייט זיי און עס מאכט זיי שלעכט השם ישמרינו; זייט מחזק די תלמידה זי זאל זיך שטארקן, זי זאל טראכטן נאר פונעם אייבערשטן, און ווען זי דארף טון כיבוד אב ואם זאל זי טראכטן: 'איך טו עס פארן אייבערשטן וואס האט געזאגט מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע'; דאס וועט איר העלפן קענען טון די מצוה, זי וועט נישט שוואך ווערן פון נאכגיין אירע געפילן וכו'.


די ווערטער וואס זי זאגט, אז דאס רעדן צום אייבערשטן דערהאלט איר - דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק פאר אייך, און פאר אלע וואס זענען עוסק מיט קינדער, מען זאלן רעדן אסאך צו די קינדער פון התבודדות, און פון דעם אז דער אייבערשטער האט זייער ליב א איד, און אז קיינער וויל נישט האבן מיט דיר, די וועלט האט דיך אויסגעשלאסן, די משפחה האט דיך פארטריבן, די חברים האבן דיך באגראבן, און דיינע אייגענע ברידער און שוועסטער ווילן מיט דיר נישט האבן - איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט דיר, ער האט דיך ווייטער ליב, ער איז מיט דיר, ביי דיר, און נעבן דיר; רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך, און דערצייל אים יעדע זאך; און דאס איז געווען פון וואס מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט אלע יארן און געשריבן אלע יארן, מוהרא"ש האט אריינגעלייגט אין אונז אזא שטארקע אמונה אז מיר זענען געווארן אזוי זיכער מיט זיך, זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיינעם, און אפילו מלאכים וועלן מיר מחליש דעת זיין, און די צדיקים וועלן מיך פארטרייבן - זאל מען וויסן אז דער איבערשטער איז מיט מיר, דעם אייבערשטן האב איך, און מוהרא"ש האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד.


אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", האט אים דער רבי געזאגט: "אויב אזוי, וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט", זאגט די נשמה: דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים, גיי גיי גיי; דאס איז דער לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז: 'איך זאל זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן', און דאס דארפן מיר אריינלייגן אין די תלמידים ותלמידות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - ווי אזוי שטעלט מען אפ די נישט איידעלע ווערטער?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס צו טון ווען מיין מאן שרייט אויף די קינדער אלע סארט נישט איידעלע ווערטער, צום ביישפיל 'גולם' 'שוטה' און דאס גלייכן, און וויפיל איך בעט זיך ביי אים אז נאר די ווערטער זאל ער נישט זאגן, העלפט עס נישט, ער רעגט זיך נאך מער אויף, און דעמאלט איז שוין נישטא מיט וועמען צו רעדן.


עס איז פשוט געפערליך דער מצב, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ווי שנעלער, עס איז זייער וויכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קינדער דארף מען מחנך זיין זיי זאלן רעדן איידל, און ווען מען זאגט 'מחנך זיין' מיינט דאס נישט איינמאל זאגן, דאס מיינט זאגן אן אויפהער, ביז די קינדער ווערן מחונך; מען דארף זאגן און זאגן, און אמאל זאגט מען שטרענגער, אמאל ווייכער, אמאל באלוינט מען און אמאל באשטראפט מען; אזוי ארבעט עס מיט חינוך.


ספעציעל דארף מען זייער שטארק לערנען די קינדער זיי זאלן רעדן איידל, נישט ניצן די ווערטער ווי 'גולם', 'שוטה', 'משוגע'נער' וכו', מען דערציילט פאר די קינדער מעשיות פון רעדן איידל. די הייליגע חכמים דערציילן (פסחים ג:), מען האט געהערט א כהן רעדט נישט איידל, האט מען פארשטאנען אז עפעס איז מיט זיין יחוס, מען האט בודק געווען און מען האט געזען אז ער איז נישט קיין כשר'ער כהן, און א צווייטע מעשה, אז דער הייליגער רבי יוחנן האט געהערט ווי צוויי פון זיינע תלמידים שמועסן, איינער האט גערעדט זייער איידל, האט ער געזאגט: "איך בין זיכער אז ער וועט אויסוואקסן א דיין", נאך א מעשה, רב האט געהערט ווי איינער פון די תלמידים רעדן נישט אזוי איידל, ער האט געזאגט: "איך בין אזוי אויסגעמוטשעט ווי אן אויסגעמוטשעטע דבר אחר", און רב האט נישט גערעדט מיט אים פאר גאנצע דרייסיג טעג; מען דארף מחנך זיין קינדער צו רעדן איידל און הייליג, און זיכער נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, ווייל נאר אז מען רעדט איידל - איז מען הייליג, און דאס איז די שפראך לשון הקודש; נישטא קיין מיאוס'ע ווערטער אין די שפראך, אלעס איז זייער איידל און הייליג.


אייער מאן זאלט איר נישט מחנך זיין, אייער מאן זאלט איר מכבד זיין, און אז ער טוט נישט ריכטיג, ער שרייט אויף די קינדער לשונות וכו' - זאלט איר נישט זיין קיין נאר און גיסן אויל צום פייער, אים מער אויפרעגן; א מאן איז מען מכבד, נישט מחנך, א מאן בויט מען אויף.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - לאזן דאס קינד פארפירן?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן געוואלט דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די שטענדיגע חיזוק וואס מיר באקומען כסדר, פון יעדעס ווארט, יעדע שיעור, יעדע בריוו, יעדע גליון, דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פאר לאנגע געזונטע יארן מיט אלעס גוטס.


מיר האבן געוואלט פרעגן איבער אונזער קינד פון צוויי און א האלב יאר, וואס לעצנטנס מאכט זיך יעדעס מאל וואס ער באקומט נישט עפעס וואס ער האט געוואלט, צום ביישפיל ווען עס איז שוין צייט צו גיין שלאפן און ער וויל ענדערש דעמאלט באקומען עפעס א נאש, און ער באקומט עס נישט, הויבט ער אן וויינען און פארפירן מיט קולות.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן דעם וועג ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, וואס מיר דארפן צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער, עס שטייט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועט ער דיר ברענגען נחת, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיך פרייליך מאכן, ער וועט זיך אויפירן גוט.


אז מען זאגט פארן קינד צו גיין שלאפן און ער הייבט אן וויינען, אדער ער בעט א נאש און די עלטערן פארשטייען אים נישט צו געבן און דער קינד הייבט אן פארפירן - טאר מען נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן, מען בלייבט שטארק מיט וואס מען האט געזאגט. מען לערנט אויס צו פאלגן ביז די קינדער ווערן מחונך צו פאלגן און צו וויסן אז נישט אלעס וואס מען וויל - באקומט מען.


העיקר איז תפילה, בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און געזונט. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.