שאלה אין קורצן ענין
#11 - וועגן ברכת המפיל, און ווי אזוי רעדט מען צו קינדער איבער קדושה?
חינוך הילדים, קדושה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר אייך פאר די פילע חיזוק און עצות אין לעבן וואס מיר באקומען פון אייך. כאטש וואס איך האב שוין געהערט און מקבל געווען אויך פון מוהרא"ש זי"ע, אבער מיט אייערע דרשות איז דאס פיל מער לעבעדיג, איר ברענגט עס אראפ אויף אזא פשוטע און אמת'ע אופן, אז ס'איז ממש נישט מעגליך עס נישט מקיים צו זיין.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט גענומען דעם ליקוטי מוהר"ן און דעם ליקוטי הלכות און ער האט עס געמאכט ווי "עפל סאוס", אז מ'זאל אפילו נישט דארפן זיך אנשטרענגען אריינצובייסן אינעם הארטן עפל, נאר מ'זאל עס קענען גאר גרינג עסן, ווי מען געבט פאר א קינד צעריבענע עפל וואס איז אים גרינג צו עסן. ביים ראש ישיבה קען מען זאגן אז איר האט עס געמאכט נאך גרינגער, ממש ווי "עפל דזשוס", מען דארף אפילו נישט נעמען א לעפל צו עסן די צעריבענע עפל, מ'קען עס ממש אויסטרינקען אזוי גרינג ווי מ'טרינקט "עפל דזשוס".


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך געהערט וואס דער ראש ישיבה האט גערעדט לעצטנס ביי א דרשה ווען זאגן די ברכה פון "המפיל", אז אזוי ווי מ'טאר נישט עסן אן א ברכה, טאר מען נישט שלאפן אן א ברכה. למעשה איז מיר דאס זייער שווער, ווייל ווען איך גיי שוין אריין אין בעט האב איך שוין נישט קיין כח צו גארנישט, און דעריבער ליין איך קריאת שמע א שעה צוויי פריער, אבער איך וויל נישט דעמאלט זאגן "המפיל", ווייל מיין מאן קומט אהיים שפעט און איך וויל נאך קענען רעדן צו אים, ווי אזוי זאל איך זיך פירן מיט דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו די קליינע קינדער איבער קדושה. פון איין זייט ווייס איך די וויכטיגקייט פון רעדן און אויפקלערן די קינדער אז זיי זאלן זיך זייער אכטונג געבן פון שלעכטע מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט אריינלייגן אין זיי צופיל פחדים אז זיי זאלן צופיל טראכטן פון דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה אין אונזער דור - מוהרא"ש זכרונו לברכה; מוהרא"ש נעמט דעם רבינ'ס עצות און ברענגט דאס אראפ פאר אונז פשוט'ע מענטשן אז מיר זאלן אויך קענען לעבן מיט די אלע שיינע עצות און לעבן מיטן אייבערשטן, מיר דארפן דאס נאך מער אראפ ברענגען פאר אונזערע מוחות אז מיר זאלן אויך קענען לעבן שטענדיג מיטן אייבערשטן.


אייער מאן נרו יאיר פארציילט מיר אז אייער קליין אינגעלע לעבט מיט אזא אמונה, יעדעס מאל מען לייגט אים אראפ דאס עסן זאגט ער פון זיך אליין "ש'כח אייבערשטער"; אין די גאנצע וועלט זעט מען נישט אזא זאך, מען זאל לעבן מיט אזא אמונה, אז קליינע קינדער רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן בעטן זיי דעם אייבערשטן.


בנוגע ליינען קריאת שמע און זאגן המפיל וכו'; ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב קריאת שמע שעל המטה איז, וואלט יעדער איינער געליינט קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקין; זייער גוט טוט איר אז איר ליינט קריאת שמע גענוג פרי, אפילו איר גייט נאך נישט שלאפן, ווייל אז מען שטופט דאס אפ אויף שפעטער קען מען איינשלאפן אן קריאת שמע. ברכות המפיל זאגט מען גלייך פאר מען ליינט קריאת שמע אזוי ווי עס איז געדרוקט אין סידור עת רצון.


בנוגע רעדן צו קינדער וכו'; מען דארף רעדן צו קינדער זיי זאלן אכטונג געבן פון מנוולים, אבער מען דארף געדענקען דעם מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת - לֹא לְהִזָּהֵר כָּל כַּך", איינע פון די זאכן וואס מען דארף אכטונג געבן איז נישט צו סאך אכטונג געבן; פון איין זייט דארף מען טאקע אנזאגן די קינדער אכטונג צו געבן פון מענטשן וכו' און מען דארף זען זיי זאלן זיין באקוועם צו רעדן מיט טאטע מאמע ווען עפעס שטערט זיי. זייער אסאך מאל קענען קינדער נישט ארויס געבן זייערע געפילן וכו' אדער דערציילן וואס שטערט זיי ווען זיי זעהן ווי מען מאכט זיי אוועק און מען הערט זיי נישט אויס, דאס איז זייער וויכטיג פאר קינדער. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אויך לעבן, מען קען נישט לעבן מיט פחדים א גאנצן טאג. דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי מען זאל לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כה:): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט מען זאל שטענדיג ארומגיין מיט פחדים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון אלע אייערע קינדער.

#10 - ווי אזוי קען איך בארואיגן דעם מצב צופרי ביים גרייטן די קינדער צום באס?
חינוך הילדים, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן דאנק פון די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע שיעורים.


איך האב א פראבלעם, אפשר וועט איר מיר קענען העלפן. יעדן אינדערפרי ווען איך מאך גרייט די קינדער צו קענען כאפן די באס צו גיין אין חדר און אין שולע, ווערט זייער אנגעצויגן דער מצב ביי מיר אין שטוב. איך שריי אסאך און איך רעג זיך אויף די קינדער, דערנאך פיל איך אזוי שלעכט אז איך האב אזויפיל געשריגן און זיך גערעגט אויף זיי, און איך ווער ממש שוואך פון דעם.


אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון? א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די כח און צייט צו ענטפערן.


א אידישע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז צופרי קומט אייך אן זייער שווער מיט די קינדער.


איך וועל אייך שרייבן א גוטע עצה אויף דעם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר מיר אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר – הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אז אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט. ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט.


אז מען נעמט אן דעם הייליגן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; ווען מען הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די טאג זאל זיין מיט הצלחה און מען געבט זיך איבער צו אים, איז אלעס גרינגער.


אז איר שרייבט אז יעדן אינדערפרי ווערט איר איבער געשטרענגט מיט די קינדער וכו' ווען איר דארפט זיי גרייט מאכן צו גיין אין חדר און אין שולע; איר שרייט אויף זיי און נאכדעם טוט אייך וויי פארוואס איר האסט אויף זיי געשריגן וכו', פראבירט צו טון די עצה וואס דער רבי האט געטון.


יעדן אינדערפרי ווען איר שטייט אויף, זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אים בעטן אויפן טאג אז איר זאלסט זיין א גוטע מאמע, א רואיגע מאמע, א פרייליכע מאמע. אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות און אלעס ווענדט זיך אין איר, דערפאר בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף שמחה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן: "רבונו של עולם העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. איך זאל רעדן שיין צו זיי, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער. הייליגע באשעפער, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן פאלגן וואס מען זאגט זיי, זיי זאלן מיר נישט אויפרעגן, און אויב זיי פאלגן נישט אויף די סקונדע זאל איך מיר נישט פארלירן. איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגע באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך זענען די קינדער רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך. רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, דער לעבן איז מיר נישט ווערט נאר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן. איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט, מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים", די פאר שורות דאס איז נאר א וועג צו ווייזן ווי אזוי איר זאלט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער דער עיקר איז אז איר זאלט אליינס רעדן צום אייבערשטן אין אייערע ווערטער און אים בעטן אלעס וואס איר דארפט.


ווען פרויען זאלן וויסן ווי גרויס זייער שכר איז אויף דעם וואס זיי העלפן די אינגלעך גיין אין חדר און די מיידלעך אין שולע, וואלטן זיי געווען פרייליך און לוסטיג מיט דעם וואס זיי קענען אויפשטיין אינדערפרי אנגרייטן די קינדער וכו'. די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" מיט וואס זענען פרויען זוכה צו עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גַּבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן וְנָטְרִין לְגַבְרַיְהוּ, עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי מאכן גרייט די קינדער צו גיין אין חדר און די מיידליך אין מיידל שולע, און זיי ווארטן אפ די מענער וכו' דאס איז זייער זכות וואס וועט זיי ברענגען אין עולם הבא.


נאך זאגן חז"ל (שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא לְנָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער געבט פאר די פרויען מער שכר ווי פאר די מענער, ווייל זיי העלפן די קינדער און די מאן צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער.

#9 - מיינע עלטערן זענען צעטיילט, איך דארף חיזוק
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דער אייבערשטער שיקט פראבלעמען פאר יעדן מענטש, אזוי אויך האט דער אייבערשטער געשיקט א פראבלעם פאר אונזער משפחה. אונזער טאטע איז ליידער אוועק פון אידישן דרך, און אזוי ווי ס'איז געווען זייער שווער פאר אונזער משפחה האבן מיין טאטע און מאמע מחליט געווען אז זיי גייען וואוינען אין אנדערע הייזער, און פאר דערווייל שלאפן מיין מאמע און טייל פון מיינע געשוויסטער און איך ביי מיין באבע, און מיר גייען אפאר מאל צו מיין טאטע אינדערהיים.


טייערער ראש ישיבה, איך פיל ווי איך טראג נישט אריבער די צער, איך בעט דיר אז דו זאלסט מיר צוריקשרייבן א בריוו מיט גוטע עצות פון רבי'ן, איך זאל זיך קענען מחזק זיין און דערהאלטן.


ברוך ה' אז איך האב דעם אייבערשטן און מיין מאמע וואס פארשטייען מיר און העלפן מיר ארויס ווען איך האב א פראבלעם, און אויך האב איך א ראש ישיבה וואס איז מיר מחזק מיט די לימודים פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אן עלף יעריג אינגל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געוויינט; און ווען איך דערמאן זיך נאר פון דיין בריוו וויין איך.


איך בין נעכטן נאכט ארויס געפארן קיין קרית יואל - מאנרא געבן א שיעור אין בית המדרש היכל הקודש, דערנאך בין איך ארויף געגאנגען צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהילים, און נאכדעם האב איך פארגעליינט דיין בריוו מיט הייסע טרערן פארן אייבערשטן, אזוי ווי חזקיהו המלך האט געטון מיט די בריוו וואס ער האט באקומען וכו', אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו לז, יד): "וַיִּקַּח חִזְקִיָּהוּ אֶת הַסְּפָרִים וגו', וַיִּפְרְשֵׂהוּ חִזְקִיָּהוּ לִפְנֵי ה'", חזקיהו איז געגאנגען אין בית המקדש און פארגעליינט די בריוו און דאס געוויזן פארן אייבערשטן; איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן וואס גיין אריבער צער און ווייטאג.


דיין צער וואס דו גייסט אריבער איז שרעקליך; עס טוט דיר זייער וויי אז דיינע עלטערן האבן זיך צעטיילט וכו', עס רייסט דיר דיין הארץ אז דיין טאטע וויל זיך נישט פירן אידיש און היטן תורה ומצוות, עס ווייטאגט דיר אז די גאנצע משפחה איז צעריסן געווארן וכו'. אין דיין בריוו שרייבסט מיר: "טייערער ראש ישיבה, איך שפיר ווי איך טראג עס נישט איבער..." וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ... ני"ו, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך וויין מיט מיט דיר.


איך וויל דיר מחזק זיין טייערער ... ני"ו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, און מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן. מען דארף אסאך חזר'ן די ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט"; "מיר ווייסן איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס עס איז גוט פאר אונז"; מיר קענען איין זאך טון, מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער איינער מיט זיינע צרות וכו'.


וויסן זאלסטו טייערער ... אז מען דארף גלייבן אין תפילה; מען דארף גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלסדינג פועל'ן. דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויפן אונזער דור, ער האט אראפגעשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז מחזק זיין און פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים.


ווען א מענטש רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, און בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן, דעמאלט קומט דער אייבערשטער און נעמט אן יעדע איינציגסטע טרער, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זאגט דער זוהר הקדוש (שמות יב:): "דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן גייען ארויף די טרערן גלייך צום אייבערשטן, קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים, און זאגט: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין נאך א קליין קינד און איך דארף א טאטע מיט א מאמע; הייליגער באשעפער, איך בעט דיר, עס איז מיר אזוי שווער אז מיין משפחה איז צעריסן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון. מאך מיר פרייליך, העלף מיין מאמע אז זי זאל האבן כח מחנך צו זיין די קינדער אויפן דרך התורה, העלף מיר איך זאל זיין שטארק מיט די תורה, איך זאל אייביג זיין אן ערליכער איד, איך זאל אייביג היטן שבת, איך זאל מיר פרייען מיט מיין פיאות, און איך זאל זיין שטאלץ מיט מיין ציצית", זאגט דער זוהר הקדוש, ווען דער אייבערשטער זעט ווי א איד וויינט צו אים, זאגט דער אייבערשטער: "אלע גזירות זאל מען צערייסן", ער האט רחמנות אויף אים און העלפט אים ארויס אין זיין צרה.


דערפאר בעט איך דיר, פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע דיינע מחשבות, פארצייל אים אז דו ווערסט פארטראכט און דו קענסט נישט מיט האלטן אין חדר אזוי ווי אמאל. האב נישט מורא צו וויינען, עס איז זייער גוט און געזונט צו וויינען אביסל יעדן טאג פארן אייבערשטן. שטארק דיר און גלייב אינעם אייבערשטן, גלייב אז דער אייבערשטער וועט העלפן אז אלע אידן וועלן תשובה טון וכו'.


אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז עס איז מיט גרויסע חסדים; מיט אלע שוועריקייטן וואס דו האסט, האט דער אייבערשטער דיר געמאכט א גרויסע נס אז דו האסט א טייערע מאמע תחי' וואס זי העלפט דיר און זי פארשטייט דיר, אזוי ווי דו אליינס שרייבסט מיר אין דיין בריוו אז דו דאנקסט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע וכו'.


אויף דעם וואס דיין טאטע פירט זיך נישט אידיש רחמנא לצלן, זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיין טאטע זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן מיט אלע אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געפאלן, דורך תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


די פאר מאל וואס דו גייסט צו דיין טאטע זאלסטו זיך אויפירן צו אים מיט דרך ארץ; דו דארפסט אים מכבד זיין, ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער. אבער אויב ער הייסט דיר חס ושלום מחלל שבת זיין, טארסטו אים נישט צוהערן. דער זעלבער אייבערשטער וואס זאגט אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ער זאגט אויך אז אויב דער טאטע הייסט מחלל שבת זיין טאר מען נישט צוהערן.


דו זאלסט זיין שטארק ווי א לייב נישט אוועק צו גיין פון די תורה, ווייל אז מען לאזט אפ די תורה, האט מען נישט קיין לעבן - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


די אלע וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה זענען נעבעך זייער צעקלאפטע מענטשן; זיי מיינען אז מען קען נישט זיין פרייליך ווען מען איז א איד, זיי מיינען אז דער גוי לעבט א בעסער לעבן ווי דער איד, דערפאר לאזן זיי אפ די תורה, השם ישמרינו. דער אמת איז אבער, אז אויב מען היט נישט די תורה, מען פירט זיך נישט אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן, דעמאלט האט מען נישט קיין לעבן; דאס לעבן ווערט נעבעך אויס, מען פארלירט אלעס און מען בלייבט איינער אליין, מען האט נישט נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט מיר געשריבן א בריוו, און איך וויל אז דו זאלסט מיר שרייבן יעדן טאג א בריוו, לכל הפחות איין מאל א וואך, און איך וועל דיר מחזק זיין מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.


הצלחה רבה.

#8 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א ווילד אינגל?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אייערע הערליכע שיעורים וועלכע העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


מיר האבן געוואלט פרעגן וועגן אונזער פינף יעריג אינגל. עס איז אים זייער שווער איינצוזיצן סיי אינדערהיים און סיי אין חדר, און אויך פרובירט ער צו הערשן אויף יעדן איינעם, אריינגערעכנט אויף די עלטערן. ווי אזוי קענען מיר זיך אן עצה געבן מיט אים. מיר האבן שוין פרובירט אסאך מיט גוטנס, אים צו געבן באלוינונגען און דאס גלייכן ווען ער איז וואויל, אבער גארנישט האט געהאלפן.


אויך האט ער ליב זיך צו שפילן מיט בעלי חיים, האבן מיר געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי מיר זאלן אים שיקן צו א פלאץ וואו מען קען שפילן מיט בעלי חיים, ווי צום ביישפיל הינער און קאטשקעס און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עלטערן וואס ווילן זוכה זיין צו גוטע קינדער דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, ווייל חינוך איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך. חינוך איז זייער א שווערע עבודה, מען דארף וויסן וויפיל צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן, ווי שטרענג דארף מען גיין וכו'; אז מען לייגט אריין כוחות אין די קינדער, און פארשטייט זיך אסאך תפילה, שניידט מען שפעטער שיינע פירות.


דאס וואס איר שרייבט אז 'וויפיל מיר פרובירן צו גיין מיט גוטנס וכו' גייט עס נישט'; אסאך מאל, ווייל מען געבט אסאך גוטס, דוקא דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט נישט. מען דארף מחנך זיין די קינדער ווען זיי זענען יונג צו פאלגן, ווען א קינד פאלגט וואס מען הייסט אים, קומט אים נאך נישט דער וועלט פארדעם; ווען א קינד עסט אויף די נאכטמאל אדער נעמט צוזאמען די שפילצייג וכו' קומט אים נאך נישט פארדעם א באלוינונג, א קינד דארף מען מחנך זיין צו פאלגן טאטע מאמע, ווייל מען דארף פאלגן, עס איז נישט דא קיין: 'אויב וועסטו פאלגן...' אדער 'אויב וועסטו נישט פאלגן...'


עס איז נישט קיין פראבלעם אים צו טראגן זען בעלי חיים וכו'; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד, און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הייבט אן לערנען". זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכו' זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מעג מען לאזן קינדער גיין אליין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג לאזן קינדער גיין אליין אין מקוה ערב שבת קודש, אדער סיי ווען.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


מנשה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנשה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו לאזן קינדער אליינס גיין אין מקוה; קינדער קענען בשום אין פנים ואופן נישט גיין אליינס אין מקוה.


ליידער זענען דא נישט געזונטע מענטשן וואס זוכן צו כאפן קרבנות וכו', דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז מען פאלט אריין אין זייערע הענט, מען קען ווערן אומגליקליך פארן לעבן.


קינדער טארן נישט גיין אין מקוה נאר מיט זייערע עלטערן; פארשטייט זיך אז מען דארף אכטונג געבן צו גיין אין א צייט ווען די מקוה איז ליידיג. עס איז נישט גוט צו גיין אין מקוה ווען עס איז אנגעפילט מיט מענטשן, אפילו אן קינדער, כל שכן ווען מען גייט מיט קליינע קינדער דארף מען מער אכטונג געבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי געבט מען אריין א חשק אין בחורים אויפצושטיין אינדערפרי
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס מיר באקומען פון אייך דורך אייערע געוואלדיגע שיעורים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


מיר האבן צוויי בחורים אינדערהיים און מיר דארפן הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי, ווי אזוי זיי מחנך צו זיין, ווי אזוי אריינצולייגן אין זיי א חשק צו לערנען און דאווענען און זיך אויפצופירן ווי עס דארף צו זיין.


ובפרט ווי אזוי זיי זאלן האבן חשק אויפצושטיין אינדערפרי, עס איז זייער שווער זיי ארויסצושלעפן פון בעט יעדן צופרי.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינטיגע צייטן ווען די גאס איז זייער מסוכן, דארף מען זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן ליב האבן זייער היים, די קינדער זאלן וועלן פארברענגען אין שטוב, און זיי זאלן ליב האבן זייערע עלטערן.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן; אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך איז דאס יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


בנוגע וואס איר פרעגט ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן וועלן אויפשטיין אינדערפרי; דאס איז א פראגע מיט וואס אלע עלטערן מוטשען זיך, אלע זוכן עצות ווי אזוי מען קען מאכן די בחורים זאלן אויפשטיין. מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור איז מיר אויך שווער געווען אויפצושטיין פארטאגס וכו', פלעגט מיין מאמע - זאל זיין געזונט און שטארק - זיצן ביי מיין בעט פארטאגס און מיר וועקן, זי האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר איך זאל אויפשטיין, זי פלעגט רעדן אזוי שיין און זינגען ניגונים איך זאל גיין לערנען, אז איך האב געמוזט אויפשטיין. ווען מען רעדט מיט שיינעם צו די קינדער וועלן זיי זיכער פאלגן די עלטערן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קז:): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחֶה, וִיְמִין מְקַרֶבֶת"; ווען עס קומט מחנך צו זיין קינדער אדער תלמידים, דארף מען טאקע זאגן מוסר, אבער מיט די רעכטע האנט זאל מען זיי מחזק זיין, דאס הייסט מען דארף געבן מער חיזוק און מער ליבשאפט, ווי אוועקשטופן.


דער אמת איז, ווען די קינדער זענען נאך יונג, דעמאלט איז דער ריכטיגער צייט פון חינוך, דעמאלט איז דער צייט פון שמאל דוחה, זיי מחנך זיין מיט דרך ארץ. קינדער זאלן וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז זייער חשוב, און מען קען זיך נישט שפארן וכו'. ווען מען דערזעט זיך שוין מיט קינדער פון פערצן יאר און העכער, דעמאלט דארף מען שוין זייער אכטונג געבן מען זאל זיי נישט פארלירן, מען דארף מער פארברענגען מיט זיי וכו', דעמאלט איז דער צייט פון "ימין מקרבת".


ליידער זעט מען זייער אסאך משפחות זענען נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, שפעטער וועקן זיי זיך אויף - ווען זיי האבן שוין עלטערע קינדער, אבער דעמאלט דארף מען שוין אכט געבן מען זאל זיי נישט פארלירן.


נאך אלע עצות דארף מען גוט וויסן אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה"; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען אסאך אידיש נחת פון ענקערע קינדער, אמן.


א פרייליכן שבת.


 


 

#5 - זאל איך גיין צו קורסעס פון שלום בית און חינוך?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע יאר וואס איך לערן ביי א חשוב'ע פרוי שיעורים וועגן חינוך ילדים, שלום בית, און נאך כל מיני זאכן וועלכע קענען ארויס העלפן צום לעבן און האבן מיר זייער אסאך צוגעגעבן. אלעס לויט די תורה, אן קיין שום מקורות פון פרייע/גויים וכו'.


פון ווען איך האב אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים בין איך געגאנגען ווייניגער, ביז איך האב אינגאנצן אויפגעהערט צו גיין.


יעצט נאך סוכות האט זי אנגעהויבן א קורס פאר אזעלכע וואס ווילן אליין איבערגעבן שיעורים, זיי אויסלערנען מקורות און נאך זאכן ווי אזוי צו איבערגעבן אויפ'ן בעסטן אופן.


מיט די צייט וואס מער איך הער אייערע שיעורים, האב איך ביי מיר געטראכט אז איך גיי נישט, איך האב זייער אנגענומען פון אייך אז מיט תפילה, אמונה, און תמימות ופשיטות קען מען צו אלעס צוקומען, מען דארף נישט גיין לערנען און אויסגעבן אזויפיל געלט אויף דעם.


איך בין אבער נישט זיכער אז איך בין גערעכט, אפשר דארף איך יא גיין לערנען? אפשר וועט עס מיר יא צוגעבן צו מיין לעבן? ווי אויך צו העלפן אנדערע?


אזוי ווי די גאנצע שינוי אין מיין מחשבה איז געווארן אין זכות אייערע שיעורים, בעט איך אייך, אפשר וועט איר קענען מיר ארויסהעלפן מיט א ריכטיגע עצה/וועג אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א מענטש וויל גיין לערנען ביי איינעם תורה אדער הדרכה אין לעבן וכו', דארף ער קוקן צו דער רבי/מלמד איז אן ערליכער איד, צי ער גייט מיטן שלחן ערוך; ווי נאר איינער טרעט אפ פונעם שלחן ערוך דארף מען גלייך אנטלויפן פון דארט, בפרט ווען איינער קומט נאך מיט קבלה פשעטלעך וואס מיט דעם קען מען זייער גרינג פארנארן מענטשן וכו'.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה פון רבי'ן אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי געזאגט: "איר קענט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט איר קענט זאגן אלע פשטים אויף מיינע תורות) בתנאי אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים בתורה אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר אינגעלייט אין שלום בית אדער אין חינוך, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.


דערפאר, אז עס ציט אייך צו הערן שיעורים, און איר שרייבט מיר אז זי איז אן ערליכע פרוי, דארפט איר זיך נישט צוריק האלטן פון גיין הערן אירע שיעורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ חָכָם הַלּוֹמֵד מִכָּל אָדָם", ווער איז א חכם? דער וואס לערנט פון יעדן איינעם גוטע זאכן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קיט, צט): "מִכָּל מְלַמְּדֵי הִשְֹכַּלְתִּי".


וויסן זאלט איר, ווען דער יצר הרע זעט אן ערליכער איד אדער אן ערליכע אידענע, וואס ער איז נישט מצליח זיי אראפ צו ווארפן אין עבירות רחמנא לצלן, קומט ער צום ערליכן איד מיט א צווייטע וועג - ער ברענגט אריין אין אים כל מיני בלבולים און ספיקות וכו', אזוי צעמישט ער אים אינגאנצן. 'עמלק' באטרעפט פונקט ווי 'ספק'. דאס איז זיין גאנצע קונץ, צו נעמען א מענטש וואס פירט זיך אויף ערליך און וואויל, אים צו צעמישן, ער זאל זיך אויפעסן דאס געזונט און טראכטן א גאנצן טאג: "טו איך גוט?" "טו איך ריכטיג?"


דערפאר דארף א מענטש אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל האבן א שטארקע אמונה און נישט לעבן מיט ספיקות ובלבולים; דער הייליגער אריז"ל זאגט אז די ראשי תיבות פון (דברי הימים-א כט, י): "וַ'יְבָרֶך דָ'וִד אֶ'ת י'" איז "ודאי"; ווען א מענטש איז ביי זיך זיכער אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ער איז זיכער אז דער אייבערשטער הערט אים אויס, דעמאלט איז ער זוכה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, איז ער זוכה איז ער ווערט זיכער ביי זיך אז ער טוט גוט און אז ער קען אלעס פאררעכטן.


ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", האט דער רבי געזאגט: "דער ערשטער תיקון איז - נישט איבערטראכטן", ווייל דאס איבערטראכטן און זיך אויפעסן צי מען האט גוט געטון צי נישט, דאס צעקלאפט דעם מענטש זייער שטארק.


דארפאר אז איר שרייבט מיר אז עס וועט אייך צו געבן אין לעבן אסאך חיזוק, און ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, דארפט איר זיך נישט מבלבל זיין וכו'; אויב איר שפירט אז איר וועט קונה זיין פון די שיעורים וואס די פרוי לערנט וכו', זאלט איר גיין און הנאה האבן.


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.

#4 - מעגן קינדער זען דרשות אויפ'ן קאמפיוטער?
חינוך הילדים, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל האט זייער ליב צו הערן אייערע שיעורים, ער פלעגט זיצן שעות און זיך איינהערן דורכ'ן קאמפיוטער, ער האט באקומען ההתלהבות צו לערנען משניות און אויך דער הייליגן רבינ'ס ספרים.


עס איז וויכטיג צו באצייכענען אז די קינדער זעען קיינמאל גארנישט אין קאמפיוטער, פארשטייט זיך אז עס איז נישטא קיין מאוויס אדער קליפס א.ד.ג., (אפילו נישט קליפס פון די ישיבה) עס ניצט נאר פאר ארבעט.


אין איינע פון אייערע ענטפערס אויפ'ן וועבסייט האב איך געזען אז איר שרייבט אז קינדער זאלן גארנישט זען אויף א קאמפיוטער, האב איך אויפגעהערט אים צו ווייזן און אים געזאגט ער זאל הערן דורכ'ן טעלעפאן.


מיין שאלה איז וואס איז בעסער, ער זאל זען די שיעורים אויפ'ן קאמפיוטער, אדער בכלל נישט הערן, נאר ווארטן ער זאל ווערן גרעסער, און דעמאלו וועט ער קענען הערן אין דעם.


נאכאמאל א גרויסן גרויסן דאנק!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז בעסער אז מען ווייזט נישט קליפס פאר קינדער; א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין (מסך) ווי אן ערוואקסענער מענטש - אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען וואס היימישע מוסדות שטעלן ארויס; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, מה שאין כן – קינדער, בלייבן זייער פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין. די אלע דרשות וואס מיר לייגן ארויף וכו' וואו מען קען זען שיעורים פון ישיבה וכו' דאס איז נישט פאר קינדער.


דערפאר זאלט איר וויסן אז איר האט זייער גוט געטון אז איר האט אויפגעהערט צו ווייזן פאר אייערע קינדער דרשות פון ישיבה, ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער קענען קוקן דרשות פון ערליכע אידן וכו'.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן כוחות צו מחנך זיין אייערע קינדער, ענק זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע ליכטיגע אידישע דורות.


ועל כולם תפילה, תפילה, תפילה; טרערן, טרערן, טרערן - דאס איז דער סוד פון געזונט, הצלחה, נחת, פרנסה וכו' וכו'.

#3 - מעג מען קושן א קינד? פארוואס רופט מען דעם רבי'ן אויפ'ן מאמע'ס נאמען?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"צ יואל ראטה שליט"א, ראש ישיבת תפארת התורה,


שלום וברכה, בתחילה אני רוצה שוב להודות לראש ישיבה על כל השמועסין (שאני מקבל במייל).  זה ממש שינה לי הרבה דברים בחיי לטובה.


רציתי לציין גם נקודה חשובה שלאחרונה הכניסו כמה שיעורים מהראש ישיבה למערכת  "קול הלשון" וזה הפצה אדירה שכאן בארץ ישראל הרבה מאוד אנשים אין להם מייל וכו', והם יכולים לשמוע את הראש ישיבה (יש הרבה עמדות מחשב  בבתי מדרש ברחבי הארץ שאפשר להוריד משם את כל שיעורי קול הלשון לנגן) אם אפשר לבקש שיכניסו תמידים כסדרם את השיעורים ולא באופן חד פעמי.


רציתי לשאול על ב' דברים,


א' שמעתי באחד מהשיעורים שהר"י אמר בשם הרבי זי"ע שלא לנשק ילדים, לא הבנתי מה הפשט בזה שהרי כל המחנכים טוענים להפך שכל הנושרים הם ילדים שאף פעם לא נישקו ואמרו להם שאוהבים אותם (וכמדומני שגם הר"י הזכיר זאת פעם).


ב' למה בברסלב כשמזכירים את שמו של הרבי אומרים "רבי נחמן בן פיגא" ולא כמו שמקובל בשאר אנשים וצדיקים להזכיר לאחר הפטירה "רבי נחמן בן שמחה" בשם אביו.


אשמח שהראש ישיבה יענה לי אל אף טרדותיו הרבים.


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; ווער עס הערט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, און אפילו אז מען פאלט אראפ וכו' שרייט מען צום אייבערשטן פון דארט. מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נאך נישט טועם געווען פון רבינ'ס עצות, וואס דער רבי געבט אונז; די גאנצע לעבן ווערט געטוישט צום גוטן, און מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


דאס וואס דו פרעגסט בנוגע קושן קינדער וכו'; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז בעסער פאר קינדער ווען מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, נאר מען לאזט זיי אליינס אויפוואקסן, עיין שם. נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קושט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט", דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען טאר נישט געבן א קוש פאר א קינד, נאר מען זאל נישט זיין צוגעקלעבט צו זיי. ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, מען קושט אים און מען האלדזט אים, נאכדעם ווען דער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג וכו' וכו', שלאגט מען אים.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען רופט דעם רבי'ן רבינו "נחמן בן פיגא" ביי זיין מאמע'ס נאמען, און נישט בן שמחה - מיטן טאטענ'ס נאמען; דאס איז ווייל אזוי האט דער רבי בפירוש געזאגט, אז מען זאל אים רופן ביי זיין מאמע'ס נאמען, ווייל ער האט זייער מכיר טובה געווען זיין מאמע אז זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים.


דעם רבינ'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט באהאלטן און ער איז נישט געווען אין שטוב, דעם רבינ'ס מאמע פיגא הצדיקת, זי האט מגדל געווען דעם רבי'ן און אין אים אריין געלייגט יראת שמים. ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אנגעטון א קאפל פארן רבי'ן, אויך האט זי גלייך נאכן געבוירן אפגעגאסן זיינע הענט, און זי פלעגט אים נעמען כסדר צום קבר פון איר זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און דארט וויינען אז דער קינד זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דערפאר האט דער רבי געוואלט מען זאל אים רופן רבינו נחמן בן פיגא, זכותו יגן עלינו.


עס זענען דא נאך צדיקים וואס מען רופט זיי ביי די נאמען פון זייער מאמע; דעם זונטאג - כה תשרי, איז געווען די יארצייט פון הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, וואס אים איז מען מזכיר 'לוי יצחק בן שרה סאשע זי"ע'.


דער עיקר דארף מען וויסן אז אלעס וואס מיר האבן, און וואס מיר טוען, איז נאר בזכות אלע פריערדיגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן אריין צו ברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט.


יעדעס מאל מען איז מזכיר א נאמען פון א צדיק ברענגט מען אויף זיך ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ'): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים, יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁינוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך דעם וואס מען דערמאנט די נעמען פון צדיקים, ברענגט מען אויף זיך גרויסע ישועות, אפילו עס איז משנה די טבע פון דער וועלט.


דערפאר איז א גרויסע זאך ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א ישועה, אז מען זאל בעטן בזכות הצדיקים שבדורינו, און בזכות די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, אזוי ווי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים טז, ב): "טוֹבָתִי בַּל עָלֶיך, לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם", העלף מיר אייבערשטער בזכות אלע צדיקים וואס לעבן, און בזכות אלע צדיקים וואס זענען שוין נסתלק געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - גיין צו א טערעפיסט; א קינד וואס מאכט מחלוקת
חינוך הילדים, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


איך הער אויס די חיזוק יומי פון אייך און דאס איז מיר זייער מחיה. לעצטנס האב איך אבער געהערט איין חיזוק יומי וואס איר רעדט קעגן טערעפיסטן וכדו'. איר זאגט אז ווען מען האט א פראבלעם, א פחד, א פאביע, זאל מען נישט גיין צו פסיכילאגן און טערעפיסטן וכדומה, מען זאל נאר לויפן צום אייבערשטן, וואס ער בעט נישט קיין געלט פאר דעם.


מיין פראגע איז וואס איז ווען עס קומט צו א פיזישע קרענק, ווען איינער האט זיך צעשניטן די האנט, צעבראכן די פיס, אדער האט מען אים דיאגניזירט מיט די ביטערע מחלה רחמנא ליצלן, זאל ער דעמאלט אויך נישט גיין צו א דאקטער זיך היילן? זאל מען אים אויך זאגן אז ער זאל נאר לויפן צום אייבערשטן? מען דארף דאך טון עפעס השתדלות. איז דאך לכאורה אויך די זעלבע זאך ביי גייסטישע קרענק, פארוואס זאל מען נישט טון השתדלות און גיין צו א טערעפיסט?


אויך וויל איך פרעגן אויף דעם וואס איך האב געהערט ווי איר זאגט ביי א דרשה אז מען זאל אנזאגן די קינדער אז אויב איז דא א קינד וואס זאגט אז דער אדער יענער קען נישט מיטשפילן מיט א שפיל, זאל מען נישט מיטשפילן מיט אזא שפיל. וויל איך וויסן אזוי ווי אין מיין שכינות איז דא איין קינד וואס איז אלעמאל פארנומען אז דער אדער יענער קען נישט מיטשפילן, אויב זאל איך לאזן מיין קינד שפילן מיט אזא קינד וואס מאכט אזויפיל מחלוקת און קריגערייען.


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן די שאלות.


 יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִי כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן אינטערעסאנטע מחלות, און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, און דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט נישט קיין רפואות, און עס העלפט נישט קיין תפילה, און אויך נישט זכות אבות.


דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווייל ווען א מענטש האט למשל קאפ וויי, נעמט נעמט ער טיילענאל וכו', אזוי אויך ווען א מענטש האט אן אנדערע מחלה השם ישמרינו, גייט מען צום דאקטער און מען נעמט מעדעצין. אזוי אויך א מענטש וואס האט אינערליכע יסורים, ער האט דמיונות וכו', דארף מען נעמען מעדעצין פאר זיינע יסורי הנפש, אבער וויסן זאלסטו אז די רפואות היילט נישט אויס דעם מענטש, דאס טוט נאר בארואיגן דעם מענטש וכו', און די איינציגסטע רפואה פאר די שלעכטע מחשבות, און פאר דעפרעסיע וכו', איז אמונה. און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה - ער חזר'ט איין ביי זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער, און ער היט מיר פון אלע צרות, און פון שלעכטע מענטשן', ווערט ער מער און מער רואיג און צופרידן.


דאס וואס איך רעד ביי די שיעורים אנקעגן טערעפי וכו', מיין איך נישט אז מען זאל נישט קיין צו קיין דאקטורים, נאר איך רעד פון דעם וואס מענטשן שמאכטן נעבעך אפ ביי טערעפיסטן וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, די טערעפיסטן האלטן די מענטשן ביי זיך א גאנץ לעבן, און מען מאלט וואסער א גאנץ לעבן וכו' וכו'; אנשטאט צו רעדן צו א בשר ודם וואס קען דיר נישט העלפן, ער קען דיר נאר אויסהערן, און דיר הייסן נאכאמאל צוריק צו קומען, וואס אזוי האט ער פרנסה, אנשטאט דעם גיי צום אייבערשטן, און רעדט זיך אויס פאר אים, און בעט אים ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, און פון קיינעם נישט מורא האבן.


וויסן זאלסטו אז ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה פשוטה - ער חזר'ט זיך איין: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער', אלץ מער ווערט מען פרייליך און מען ווערט רואיג.


זייער אסאך מענטשן ליידן פון פחדים און דמיונות, וואס מען רודפ'ט זיך אליין; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ): א מענטש קען זיך זיצן ביי זיך אין שטוב, און טראכט אויס א מעשה מיט א צווייטן וואס איז קיינמאל נישט געשען; ער רודפ'ט זיך אליין.


עס איז געווען א מענטש וואס האט געדארפט האבן א האק, ער האט געוואלט אויפאקערן ביי זיך די ערד; טראכט ער צו זיך: 'ווי קען איך שאפן אן האק?' און ער כאפט זיך אז זיין שכן האט א נייע האק, ער וועט אים בעטן צו ער קען אים עס בארגן. אזוי טראכטנדיג הייבט ער אן אויס צו טראכטן אז דער שכן וועט אים דאך עס זיכער נישט וועלן בארגן, אזוי איז ער אריין אין נאך דמיונות, ער הייבט אן צו קאכן און זיך אויפעסן: 'פארוואס איז ער אזא שלעכטער, וואס גייט אים אן מיר צו בארגן זיין האק?!' ביז ער איז געווארן אזוי בכעס, אז ער איז אריינגעלאפן צום שכן, און ער הייבט אן צו שרייען אויף אים: "האלט דיר דיין האק, מוחל טובות, האק דיר אפ דיין קאפ מיט דיין האק!" דער שכן קוקט אויף אים, און פרעגט אים: "ר' איד, וואס שרייט איר אזוי, וואס האט פאסירט, מיט וואס קען איך אייך העלפן?" דער שכן קומט דאך פון זיינע דמיונות וכו', שרייט ער צוריק: "מאך דיר נישט אזוי בא'טעמ'ט, 'מיט וואס קענסטו מיר העלפן' פרעגסטו? איך בעט דיר א גאנצע נאכט דיין האק, וואס ביסטו אזא שלעכטער, וואס גייט דיר אן מיר עס צו בארגן?!"


דאס איז א מעשה וואס פאסירט טאג טעגליך ביי מענטשן; מען זיצט אין שטוב און מען טראכט זיך אויס א מעשה וואס איז בלויז א דמיון. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) אז דער יצר הרע האט זיבן נעמען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.), אבער היינט - זאגט דער רבי – דארף מען אים געבן א נייעם נאמען: "כח המדמה", ווייל ער מאכט א מענטש זאל טראכטן שלעכטס, ער ברענגט אריין אין א מענטש שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים, און ער דארף אים נישט; נאכדעם, אז מען האט נישט קיין אמונה, הייבט מען אן צו ווערן א נצרך לבריות, מען הייבט אן טראכטן קיינער דארף מיר נישט וכו', און אלעס קומט פון דמיונות.


דערפאר, אז א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה, ער זינגט זיך שטענדיג אונטער 'אלעס איז דער אייבערשטער', 'קיינער קען מיר גארנישט טון', 'קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, און אויך נישט גוטס טון', אזא מענטש איז אלעמאל פרייליך.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג; מען דארף אויסלערנען פאר קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן מענטש, און ווען זיי זעען ווי קינדער לאזן נישט שפילן אנדערע קינדער, און זיי גרויסן זיך אויף אנדערע קינדער, מיט אזעלכע קינדער זאלן זיי נישט מיט שפילן וכו', אזוי וואקסן זיי אויף געזונט, און זיי וועלן האבן די סימינים פון א איד, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.), אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".


זיער אסאך עלטערן זאגן: "די קינדער זענען נאך יונג, מען דארף זיי נאך נישט מחנך זיין"; דאס איז א גרויסער טעות, ווייל קינדער - ווען זיי זענען נאך יונג דעמאלט דארף מען זיי מחנך זיין, ווייל דעמאלט הערן זיי אויס, און אזוי וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע קינדער, מה שאין כן, אויב מען לאזט זיי אלעס טון ווען זיי זענען יונג און מען איז זיי נישט מחנך, דעמאלט ווען זיי ווערן עלטער וועלן זיי זיכער נישט אויסהערן טאטע מאמע, און זיי וועלן זיין ווידערשפעניגערס.


וויסן זאלסטו אז קינדער - ווען זיי זענען שוין עלטער, קען מען שוין נישט רעדן צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד; זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (שמות רבה א, א) אז ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד ווייל ער שוינט אים זאל ער וויסן אז צום סוף וועט ער אראפגיין פון אידישן וועג, אזוי ווי מיר זען ביי אברהם אבינו, וואס ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט געטשקעס, און שפילט זיך מיט דעם, האט אים אברהם אבינו גארנישט געזאגט, ווייל ער האט אים געשוינט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב.


אזוי אויך געפונען מיר ביי עשו הרשע, וואס עס שטייט (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו, און ער האט אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה.


דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויס לערנען דרך ארץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.

#1 - ווייזן קליפס פאר קינדער
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

פון ישראל. לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר אייך פאר אייערע שיעורים, זייט איך האב אנגעהויבן צו הערן די שיעורים בין איך געווארן אן נייער מענטש, איך באקום אזויפיל חיזוק פון די שיעורים. איך האב אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך שפיר א סיפוק אין מיין לעבן. איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל ווייזן פאר מיינע קינדער די קליפס ווי די בחורים זינגען אין ישיבה וכדומה, אדער איז נישט כדאי צו ווייזן ווידיאס פאר קינדער? א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ישראל ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו הערסט אויס די שיעורים פון ישיבה און דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; און דאס זעט מען בחוש, אז ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן סימן עו), דארף ער שוין גארנישט, ווייל ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט, נעמט ער א משניות, אדער א גמרא, און ער איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס ווי די בחורים זינגען; עס איז זיכער נישט כדאי, ווייל קינדער האבן א ריינע מח און ווען זיי הייבן אן קוקן קליפס און ווידיאוס וכו' וכו', נעמט עס אוועק פון זיי זייער ריינקייט וכו'; אמאל האט מען געוויזן ביי אונז אין מוסד פאר די קינדער וכו', און מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, און ער האט מיר געשריבן א בריוו, אז מהיום והלאה זאל איך מער נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאוס און קליפס וכו' וכו'.


דאס וואס מען לייגט ארויף די ניגונים און דרשות אויף די כלים, דאס איז אן אנדערע זאך; נעבעך הונדערטער טויזענטער אידישע קינדער זיצן אויף די אינטערנעט טאג און נאכט, און דאס איז נאך א וועג ווי אזוי מען קען זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אבער יונגע קינדער איז נישט כדאי זיי צו ווייזן וכו'.


אדרבה, צינד זיי אן די סידי'ס; זאלן זיי דאס הערן א גאנצן טאג, און דאס וועט אריין לייגן אין זיי יראת שמים, ווייל יעדע ניגון איז נאכאמאל אמונה און נאכאמאל תשובה, מיר האבן שוין ברוך השם ארויס געגעבן צענדליגער סידיס פון תשובה און פון אמונה.


א גוטן טאג.