שאלה אין קורצן ענין
#258 - וואס טו איך אז מ'רודפ'ט מיך פאר'ן ארעסטירן א מנוול?
התחזקות, חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין אסאך יארן וואס איך בין זוכה צו הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, און דאס איז מיר זייער מחזק.


פאר א שטיק צוריק האט א בחור א מנוול געטשעפעט מיט מיין זון און אים מטמא געווען רחמנא ליצלן, איך בין דעמאלט געווען פארנומען מיט עניני רפואה אין מיין משפחה, האב איך נישט געקענט זיך אפגעבן געהעריג מיט מיין זון, אבער א צווייטער האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם מנוול און מ'האט אים ארעסטירט.


דער פראבלעם איז אבער אז ער איז גאר באקאנט אין מיין קהלה, און דערפאר האט מען מיר אנגעהויבן זייער צו רודפ'ן איבער דעם, מ'וויל נישט האבן קיין שייכות מיט אונז, מ'וויל אז דאס קינד זאל צוריק ציען און זאגן ליגנט אז ס'האט קיינמאל נישט פאסירט.


מיר זענען זייער צעבראכן פון דעם, נישט גענוג אלע צרות און יסורים וואס מיר זענען דורך, דארפן מיר דאס נאך אויך דורכגיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט, נאך אזא מעשה וואס מען האט דיר גע'הרג'ט דיין קינד און דיין אייגענע קהילה וויל פארדעקן אויף דעם רוצח - ווילסטו נאכאלץ זיין אין די קהילה?! טשעפע זיך אפ פון זיי, דארט איז נישט קיין פלאץ פאר דיר; זוך דיר אן ערליכע קהילה, א קהילה וואס איז נישט מחפה אויף בחורים מנוולים.


עס איז ביטער שווער פאר עלטערן ווען מען גייט אריבער אזא מעשה, מען שפירט זיך פארלוירן און מען ווייסט נישט וואס צו טון, בפרט ווען די אייגענע נאנטע שטייען נישט מיט. דאך דארפסטו וויסן אז אויפגעבן איז נישט קיין עצה, דו דארפסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין שטוב, זיין א טאטע פאר די קינדער און א מאן פאר דיין ווייב.


מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס צוריקדרייען; תפילה איז העכער פון די טבע, די טבע זאגט איין זאך און תפילה דריידט איבער די טבע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה יד ע"ב; יבמות סד): "לָמָּה נִמְשְׁלָה תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים כְּעֶתֶר" פארוואס ווערט אנגערופן די תפילה פון צדיקים א גרויסע שאוול? "מַה עֶתֶר זֶה מְהַפֵּ אֶת הַתְּבוּאָה בַּגֹּרֶן מִמָּקוֹם לְמָקוֹם, אַף תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים מְהַפֶּכֶת מִדּוֹתָיו שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מִמִּדַּת רַגְזָנוּת לְמִדַּת רַחֲמָנוּת", אזוי ווי די גרויסע שאוול דריידט איבער די תבואה פון איין פלאץ צום צווייטן, מען מישט די תבואה מיט די גרויסע כלי; אזוי אויך די תפילה פון צדיקים דריידט איבער כביכול דעם אייבערשטן, עס זאל זיין נאר רחמים.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; די עצה פון התבודדות. גיי יעדן טאג אביסל אליין שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, גיס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו גייסט אריבער; אנגעהויבן דאס וואס דו דארפסט א רפואה וכו', דערצייל אים וועגן דיין קינד און נאכדעם די גאנצע געשיכטע מיט די קהילה, בעט דעם אייבערשטן דיין קינד זאל אויסוואקסן ערליך, ער זאל אויסוואקסן געזונט.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט נאך, לאז נישט דיין גאנצע משפחה אראפפאלן; זיי ווייטער מחנך דיינע קינדער, רעד צו זיי, געב זיי צו פארשטיין זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון מנוולים, קראנקע מענטשן. לייג אריין אין זיי א זיכערקייט זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן פון גארנישט, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי. לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס זיי דארפן; דאס וועט זיי אויפבויען, דאס וועט צוריק אריינלייגן אין זיי א זיכערקייט, זיי וועלן קענען חתונה האבן און זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - ווי אזוי קען מען זאגן אז מ'טאר נישט שלאגן קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער נישט שלאגן קינדער, אבער פון צווייטע זייט זעט מען אין די גמרא (בכורות מ"ו.) אז ס'איז געווען א מלמד וואס פלעגט שלאגן די קינדער גאר שטארק, ביז צום טויט, און דערפאר האט אים רב אחא אוועקגענומען די מלמדות, אבער רבינא האט אים צוריק געשטעלט ווייל ס'איז נישט געווען א צווייטער מלמד וואס זאל אזוי גוט לערנען מיט די קינדער. דאס הייסט אז אפילו ער האט ממש גע'רצח'ט די קינדער, האט מען אים געלאזט דארטן זיין מלמד, ווייל ער האט גוט געלערענט מיט זיי. און אין רמב"ם און אין שלחן ערוך ווערט אויך גע'פסק'נט אז מען מעג שלאגן א תלמיד, פארשטייט זיך נישט אזוי שטארק ווי די מעשה אין די גמרא.


קען מען דען אויסרייסן אן הלכה און זאגן אז מ'טאר אינגאנצן נישט שלאגן א קינד אדער א תלמיד וואס פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין?


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען אסאך נחת פון אלע תלמידים און פון די גרויסע שווערע הייליגע עבודת הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער גוט, ווי קען מען זאגן 'נישט שלאגן קינדער' ווען שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ", דער וואס נעמט אוועק דעם שטעקן פון זיין זון, "שׂוֹנֵא בְנוֹ", דער האט פיינט זיין זון, "וְאֹהֲבוֹ", און דער וואס ליבט זיין זון, "שִׁחֲרוֹ מוּסָר", געבט אים שטענדיג מוסר; פרעגן די הייליגע חכמים (ילקוט משלי, רמז תתקנ; מדרש משלי, יג): איז דען דא א טאטע וואס זאל פיינט האבן זיין קינד? "אֶלָּא מִתּוֹךְ שֶׁאֵין מוֹכִיחוֹ עַל הַתּוֹרָה וְהַחָכְמָה וְדֶרֶךְ אֶרֶץ, עָתִיד לִשְׂנֹאתוֹ", נאר אז מען מוסר'ט נישט דאס קינד וועט ער נישט לערנען, נישט דאווענען און נישט האבן קיין גוטע מידות, וועט ער אים ביים סוף פיינט האבן, "אֲבָל אִם מוֹכִיחוֹ", אבער דער טאטע וואס מוסר'ט יא, "נַעֲשֶׂה אֹהֲבוֹ", וועט ביים סוף ליב האבן זיינע קינדער, אזוי ווי עס שטייט: "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר"; איז דאך געדרינגען אז מען דארף יא לכאורה שלאגן קינדער!


די קשיא האט מען אמאל געפרעגט דעם הייליגן רבי נתן; עס שטייט דאך קלאר (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ", דער וואס נעמט אוועק זיין שטעקן, "שׂוֹנֵא בְנוֹ", וועט פיינט האבן זיין זון, ווייל אז ער שטראפט אים נישט - וועט ער ארויסגיין לתרבות רעה! האט רבי נתן געענטפערט: "עס שטייט נישט אין פסוק 'מען זאל שלאגן', עס שטייט 'מען זאל האבן א שטעקן'; מען זאל ווייזן דעם שטעקן פאר'ן קינד וועט ער שוין פון דעם זיך טוישן צום גוט'ן, מען דארף נישט דעם שטעקן צו שלאגן, עס איז גענוג דאס ווייזן ער זאל מורא האבן און גיין אויפ'ן גוט'ן וועג".


חס ושלום צו זאגן אז מען רייסט אויס אן הלכה; אדרבה, נעם די מי און קוק ווי אזוי מען פסק'נט, עס איז אן הלכה מפורשת (שלחן ערוך הרב יורה דעה, הלכות תלמוד תורה פרק א, סעיף יג): "תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ רוֹצֶה לִקְרוֹת", א קינד וואס וויל נישט לערנען, "לֹא יַכֶּה אוֹתוֹ הַמְּלַמֵּד מַכַּת אַכְזָרִי", זאל דער מלמד אים נישט שלאגן מערדערליכע קלעפ, "לְפִיכָךְ לֹא יַכֵּהוּ בְּשׁוֹטִים וְלֹא בְּמַקֵּל", דעריבער טאר א מלמד נישט שלאגן מיט קיין שטעקן, "אֶלָּא בִּרְצוּעָה קְטַנָּה", נאר מיט א קליינע שיך בענדל, "אִם קוֹרֵא, קוֹרֵא", אויב וועט ער לערנען וועט ער לערנען, "וְאִם אֵינוֹ קוֹרֵא בְּהַכָּאָה זוֹ", און אויב וועט ער נאכאלץ נישט וועלן לערנען, "יִהְיֶה יוֹשֵׁב כָּךְ עִם חֲבֵרָיו, לִהְיוֹת לָהֶם לְחֶבְרָה", זאל ער אים לאזן זיצן מיט די חברים, "וְסוֹפוֹ אֶפְשָׁר יִתֵּן לִבּוֹ", און שפעטער וועט ער זיך אפשר מיטכאפן מיט זיי.


איז דאך קלאר די הלכה אז מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער, נאר מיט א בענדל זיי אויפוועקן זיי זאלן מיט האלטן; פארקערט, מען טאר נישט שלאגן; די הלכה איז (שם): "וּמְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת הַחוֹבֵט יוֹתֵר מִדַּאי", א מלמד וואס שלאגט מער וויפיל ער מעג, "מַעֲבִירִין אוֹתוֹ", מאכט מען אים אויס מלמד, "וְהוּא עוֹבֵר בְּלֹא תַעֲשֶֹה כִּי מֵאַחֵר שֶׁמַּכֶּה שֶׁלֹּא בִּרְשׁוּת הֲרֵי זֶה כְּמַכֶּה אֶחָד מִשְּׁאָר יִשְׂרָאֵל", ער איז עובר אויף א לאו, עס איז אזוי ווי ער שלאגט א צווייטן איד.


דער מציאות איז אז די אלע וואס שלאגן און פאטשן - דאס קומט פון ווייניג געדולד אדער פון נישט זיין איבערגעטראכט צוליב אנגעצויגנקייט. אין די פעלער וואס מען דארף שוין יא געבן א פעטשל פאר א קינד, ווען ער פירט זיך מיט חוצפה אדער ווען ער טוט סכנה'דיגע זאכן, דארף דאס זיין זייער איבערגעטראכט. מיט גרויס ישוב הדעת, אן קיין פארלוירנקייט. ווען מען שלאגט פון פארלוירנקייט אדער פון כעס - איז דאס בכלל נישט קיין חינוך; אפילו מען רעדט זיך איין בשעת מעשה אז דאס איז חינוך, דארף מען וויסן אז דאס איז נישט קיין חינוך, נאר די כעס און די נערוון רעדן איין דעם מענטש 'יעצט דארף מען שלאגן', 'יעצט דארף מען פראסקענען'.


עלטערן און מלמדים וואס ווילן מצליח זיין מיט די קינדער, מיט די תלמידים - דארפן גיסן טרערן טאג און נאכט, זיך בעטן ביים אייבערשטן אז די קינדער זאלן זיין ערליך, די קינדער זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים, גיין אין די וועגן פון צדיקים.


מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#256 - זאל איך לאזן מיין ווייב ווייזן ווידיאס פאר די קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ברוך ה' א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדערלעך. דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב א פראבלעם אז ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר און שולע האבן זיי נישט וואס צו טון. מיר האבן נישט קיין שכנים מיט וועמען די קינדער זאלן קענען שפילן, און דאס איז א פראבלעם.


ספעציעל מיין אינגל, ווען ער קומט אהיים פון חדר איז ער די ערשטע פאר מינוט גאנץ רואיג, אבער שפעטער ווערט ער זייער נערוועז און אויפגערעגט, ער שלאגט און קריגט זיך מיט די שוועסטערס, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


לעצטנס האט מיין ווייב אנגעהויבן ווייזן ווידיאס פאר די קינדער, זי טענה'ט אז אזוי ווערן זיי רואיג און מאכן נישט נערוועז די עלטערן און קריגן זיך ווייניגער, איך וויל דאס זייער נישט, און איך ווייס נישט ווי אזוי איר צו ערקלערן אז דאס איז נישט גוט, זי זאל זיי נישט ווייזן קיין זאכן אויפ'ן קאמפיוטער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מדריך זיין ווי אזוי צו האנדלען דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס נישט, נישט קיין ווידיאס; איך בעט דיר טו דאס נישט, מאך נישט דעם טעות, ווייז נישט די קינדער קיין ווידיאוס. עס איז נישט קיין חינוך, עס איז נישט גוט פאר זיי; קען זיין אויף די מינוט בארואיגט דאס, מען קען זיי מיט דעם שטיל מאכן, אבער עס איז נישט גוט פאר זיי.


קינדער מעגן זיין ווילד, געזונטע קינדער טאנצן און שפרינגען, קינדער דארפן זיך אויסגעבן; מוהרא"ש זאגט: "ווי מער מען לאזט קינדער זיך אויסגעבן יונגערהייט איז דאס געזונט פאר זיי"; אלע קינדער וואס קומען אהיים פון חדר דארפן זיך אויסלופטערן, נאכן זיצן א גאנצן טאג לערנען און דאווענען קומט אז זיי זאלן לויפן און קריכן, טאנצן און שפרינגען, זיי מעגן זיך אויסגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#255 - ווי אזוי מאך איך מיין מיידל זאל וועלן דאווענען?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א מיידל פון אכט יאר אלט וואס האלט נישט ביים דאווענען. זי זאגט אז זי פארשטייט נישט די ווערטער וואס זי רעדט, און דערפאר האט זי נישט קיין געדולד צו דאווענען. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט איר מחזק, זאגט איר אז אפילו זי פארשטייט נישט וואס זי דאווענט - זאל זי ווייטער דאווענען, ווייל דער אייבערשטער פארשטייט יעדעס ווארט, דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס מען בעט אים.


מיט די צייט וועט זי אויפכאפן די פירוש המילות, וועט זי באקומען מער און מער א געפיל צום דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#254 - דארף מען רעדן צו קליינע קינדער וועגן חתונה מאכן ביליג?
חתונה, אידיש געלט, חינוך הילדים, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די נארישע טייערע חתונות וואס מענטשען בארגען זיך אן מיט חובות, און איבער די נארישקייט דערפון.


האב איך געוואלט פרעגן, היות איך בין א מלמד, צי איז דא א וועג און צי איז דאס וויכטיג פאר א מלמד איבערצוגעבן פאר זיינע תלמידים ווען זיי זענען נאך יונג אז מען דארף לעבן מיט א חשבון, און דאס גלייכן. וואס לכאורה וועט זיי דאס זיין אסאך גרינגער ווען זיי וועלן אויפוואקסען. אויב יא ביטע שרייבט אן עצה אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער אמונה אינעם אייבערשטן און יראת שמים. דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, די קינדער זאלן אויך וועלן זיין צדיקים; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, עס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת הבורא.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווען מען הערט מעשיות פון צדיקים ווערט מען אויפגעפלאמט, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, ווייל מען הערט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען, מען פארשטייט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע נסיונות און דאס בייגעקומען - וויל מען אויך ווערן א צדיק; בפרט ווען קינדער הערן זיך איין מעשיות פון צדיקים, ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


צו יונגע קינדער איז נישט שייך צו רעדן פון די זאכן, אז מען איז א מלמד פאר עלטערע קינדער דארף מען אסאך רעדן צו זיי וואס איז דער תכלית פון לעבן, וואס האט מען פון א טייערע בר מצוה? אלעס איז נאריש, דאס קומט פון די עשירים וואס האבן ווייניג שכל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; זיי מאכן זיך נאריש פאר אביסל כבוד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", פאר די מענטשן וואס האבן ווייניג שכל דארף מען געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט, וויל מען מער כבוד; דעריבער מאכן זיי זיך נאריש מיט טייערע שמחות. מען דארף רעדן צו די קינדער פון דעם.


דער עיקר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו תורה און מצוות, אכטונג געבן קיינמאל נישט וויי טון א קינד און זיכער נישט קיינמאל פארשעמען. עס ליגט א חיוב אויפ'ן מלמד צו מחנך זיין די קינדער אבער ער האט נישט קיין רשות זיי צו פארשעמען; א מלמד וואס פארשעמט קינדער, א מלמד וואס שלאגט די קינדער - דארף מען לייגן אין חרם. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי מועד קטן ג, א) א מלמד איז געקומען פרעגן דעם הייליגן רבי אחא "וואס דארף איך טון, א דינסט האט מיר געלייגט אין חרם, דארף איך טאקע זיין אין חרם?" פרעגט אים רבי אחא: "פארוואס האט זי דיר געלייגט אין חרם?" זאגט דער מלמד: "ווייל זי האט געזען ווי איך שלאג א קינד מער וויפיל איך האב אים געדארפט שלאגן, האט זי מיר געלייגט אין חרם", האט אים רבי אחא געזאגט: "צָרִיךְ אַתְּ חָשֵׁשׁ עַל נַפְשָׁךְ", יא, דו ביסט אין חרם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים .

#253 - מ'האט מיר פארשיקט פון מלמדות פאר גארנישט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א מלמד פאר לאנגע יארן און זייער שיין מצליח געווען מיט די קינדער ברוך ה', און די תלמוד תורה איז געווען זייער צופרידן פון מיר.


אין די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה און לכבוד דעם האב איך אריינגעלייגט אסאך יראת שמים אין די קינדער.


דאס יאר האט די הנהלה באשלאסן אז איך בין שוין צו אלט און איך טויג נישט מער צו זיין א מלמד, אפילו ס'איז קיינער האט זיך נישט אפגערעדט קעגן מיר.


יעצט האב איך נישט קיין פרנסה, זיי ווילן מיר נישט געבן קיין געלט, איך קען שוין נישט יעצט אנפאנגען א נייע פאך, איך שפיר ווי אן אויסגעקוועטשע בלעטל וואס קיינער דארף נישט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'גייט דא ווייטער אין לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז מען פירט זיך אזוי אויף מיט א מלמד וואס האט יארן לאנג געלערנט תורה מיט אידישע קינדער.


פארוואס שפירסטו ווי אן אויסגעקוועטשטע בלעטל? פריי זיך אז דיינע יארן זענען נישט אריבער מיט גארנישט; ערשט יעצט ווען מען האט דיר אפגעזאגט קענסטו זען וואס די וועלט איז. יעצט זעסטו דעם הלוך ילך אויף די וועלט, דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייט יעדער אריבער, מען ארבעט יארן לאנג ביז מען קען שוין נישט ארבעטן, דעמאלט נעמט מען יונגערע ארבעטערס און מען שיקט אוועק דעם פריערדיגן דור, דעמאלט קוקט מען צוריק, מען טראכט: 'אוי וויי, וויי איז מיר, א גאנץ לעבן אוועק געגעבן פארוואס? פארוועם?' דער לעבן קומט און פאטשט דעם מענטש אין פנים. דו האסט דאך אבער דיין גאנץ לעבן געלערנט תורה מיט אידישע קינדער, דו האסט אויפגעברענגט כלל ישראל, אלע גוטע זאכן וואס דו האסט איינגעפלאנצט אין זיי - דאס בלייבט אויף אייביג.


איך דערמאן זיך א מעשה וואס וועט דיר זיין פאר חיזוק. איינמאל בין איך געווען צעבראכן און מוהרא"ש האט מיר גערופן, ער האט מיר געפרעגט: "שטעל זיך פאר דו ארבעטסט אין א סחורה געשעפט, שטעל זיך פאר דו ענדיגסט דיינע זיבעציג יאר און דו קומסט ארויף אין עולם העליון, מען וועט דיר פרעגן 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר?' און דו וועסט ענטפערן 'איך האב געשניטן סחורה, איך האב גענייט בעקיטשעס', מען וועט דיר אנקוקן אויבן אין הימל און דיר פרעגן 'וואס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה? זיבעציג יאר האסטו גענייט בעקיטשעס? נישט מער פון דעם? ביסט ביים דעת?' יעצט, האט מוהרא"ש אויסגעפירט, וועסט ארויף קומען אויבן און מען וועט דיר פרעגן 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר?' וועסטו זאגן 'איך האב מחזק געווען בחורים, איך האב געלערנט מיט בחורים', - ווי גרויס וועט זיין די שכר, ווי גרויס וועט זיין די פרייד אויבן אין הימל".


דאס זעלבע ביי דיר, פארוואס שפירסטו ווי אן אויסגעקוועטשטע בלעטל? דו האסט דאך געלערנט תורה מיט אידישע קינדער, דו האסט אויפגעבויט אידישע שטובער, אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין זיי! דאס בלייבט, דאס אלעס וועסטו מיט נעמען, דאס באגלייט דיר.


אז מען האט דיר אפגעזאגט פון די מלמדות און זיי ווילן דיר נישט באצאלן - זאלסטו זיי רופן צו דין תורה, היתכן זיי געבן דיר נישט ווייטער א געהאלט פאר די אלע יארן וואס דו האסט געארבעט ביי זיי; אבער זיך שפירן צעבראכן? - דאס איז אן עוולה פון דיין זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#252 - ווי אזוי מאך איך אז מיין ארבעט מיט די בחורים זאל נישט גיין לאיבוד?
התחזקות, חינוך הילדים, אמונה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מגיד שיעור אין א ישיבה קטנה די צווייטע כיתה, און איך בין ברוך ה' זייער שטארק מצליח מיט די בחורים, ביי מיר איז נישט דא א זאך אז א בחור פאלגט נישט, די בחורים ווייסן אז ביי מיר איז נישטא קיין חכמות, יעדער שטייט אויף פארטאגס און שטעלט זיך צו צו די זמני הלימוד, און מ'קומט אן זייער אסאך יעדע זמן.


פארטאגס לערנען מיר שלחן ערוך, פארמיטאג לערנען מיר גמרא בעיון, נאכמיטאג לערנט מען שיעור פשוט, און ביים נאכט סדר לערנט מען ספרי חסידות.


וואס ס'שטערט מיך איז אז ווען די בחורים גייען אריין אין ישיבה גדולה, וואס דארט איז נישטא אזא שטרענגע מסגרת, ווערן זיי נאכגעלאזט, און נאכדעם פאלן זיי אראפ און מיין גאנצע ארבעט גייט לאיבוד. איך ווייס נישט פארוואס די היינטיגע ישיבות זענען אזוי נאכגעלאזט, און פארוואס אזוי סאך בחורים פאלן אוועק, אפשר אז איר רעדט אסאך צו בחורים ווייסט איר דער תירוץ אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו אייערע תלמידים פון זאכן וואס איז נוגע פאר זייער גאנץ לעבן וועט איר נישט ווערן אנטוישט; אז מען לייגט א דגוש אויף זאכן וואס איז נישט וויכטיג און עס וועט סיי ווי נישט אנהאלטן - איז א שאד די ארבעט.


לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו מצוות ומעשים טובים, א ליבשאפט צו אנטון תפילין און א ליבשאפט צו היטן שבת, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן לייגן תפילין און היטן שבת.


אז מען לייגט א דגוש אויף עסן מיט א הוט, אדער גיין א גאנצן טאג מיט א גארטל וכדומה לזה - כל זמן די בחורים זענען יונג פאלגן זיי, אבער שפעטער בלייבט נישט פון דעם קיין שפיר.


איך מיש זיך נישט ווי אזוי איר זאלט מחנך זיין אייערע תלמידים, יעדע פלאץ האט זיך זייערע מנהגים, אלע מנהגים זענען חשוב און טייער אבער מען קען נישט מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; דער עיקר דארף בלייבן עיקר, דער עיקר איז רעדן פונעם אייבערשטן.


טאג און נאכט דארפן מלמדים און מגידי שיעורים רעדן פון אמונה, פשוט'ע אמונה, אן קיין חכמות און אן קיין תורות; אריין ברענגען אין די תלמידים א ליבשאפט צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, מחשיב זיין יעדע גוטע נקודה וואס מען טוט. וועט איר זען אז נישט נאר זיי וועלן נישט פאלן, זיי וועלן גיין נאר מעלה מעלה און אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


ביינאכט ווען איר לערנט מיט זיי ספרי חסידות זאלט איר זיי דערציילן אסאך מעשיות פון צדיקים. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


אויך דארף מען רעדן צו בחורים אסאך חיזוק; רבי נתן האט געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען זאגט, דארף מען געבן א גאנצע שיסל התחזקות"; נאך האט רבי נתן געזאגט: "התעוררות וואס קומט פון מוסר האלט נישט אן צו לאנג, ווידער התעוררות וואס קומט ארויס פון א חיזוק שמועס - דאס האלט אן א לאנגע צייט"; ווען מען רעדט צו תלמידים, מען געבט זיי מוסר - דארף מען זיי אסאך מחזק זיין, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער האט זיי ליב, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט זיי, דעמאלט וועלן זיי נישט פאלן, זיי וועלן בלייבן ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#251 - זאל מען געבן כשר'ע ווידיאס פאר קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א סגן מנהל אין א מוסד פאר קינדער פון נוירסערי ביז כיתה ד', איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך האב זייער הנאה צו הערן נייע חידושים וויאזוי צו ארבעטן מיט קינדער.


ביי אונז אין מוסד איז דא א פראגראם די לעצטע שטיק צייט צו מאכן די קינדער זאלן זיין וואויל אינדערהיים, אז מ'שיקט אהיים יעדע וואך אינטערעסאנטע זאכן וואס האלטן די קינדער פארנומען אינדערהיים, און די עלטערן זענען אונז זייער דאנקבאר אויף דעם. אויך שיקן מיר סידי'ס פון מעשיות פון צדיקים.


לעצטנס האבן עלטערן געבעטן אויב די מוסד קען ארויסגעבן ווידיאס פאר די קינדער פון מעשיות פון צדיקים און פון די פרשה, ס'איז געווארן א גאנצע ויכוח צי מ'זאל עס טון אדער נישט, טייל האבן געהאלטן אז אזוי ווי רוב עלטערן ווייזן ממילא אידישע פלעיס וכדומה פאר די קינדער, איז יא כדאי ארויסצוגעבן ערליכע ווידיאס, אבער אנדערע האבן געזאגט אז אויב ס'קומט אפיציעל פון די מוסד געבט עס א בליק כאילו ווידיאס איז מותר.


איך האב געהאלטן אז ס'איז יא א וויכטיגע זאך, ווייל אזוי קען מען אריינלייגן אסאך מוסר און יראת שמים אין די קינדער, וויל איך הערן פון די ראש ישיבה שליט"א וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נייע חידושים?! וואס פאר א נייע חידושים? מיר זענען גארנישט מחדש קיין נייע וועגן, מיר גייען צוריק צום אלטן וועג. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רסד; שצב): "איך פיר אייך אויף א נייעם וועג וואס איז אן אלטער וועג, אויף דעם וועג זענען געגאנגען אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו".


וויסן זאלסטו אז א מנהל טראגט א גרויסע אחריות; די הצלחה פונעם תלמוד תורה ליגט אין די הענט פונעם מנהל. א מנהל וואס איז שטענדיג מחזק די מלמדים, ער רעדט שיין צו די מלמדים וועלן זיי ארבעטן געטריי, זיי וועלן מצליח זיין אין זייער ארבעט. דערפאר זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער טעגליך פאר אלע דיינע ארבעטערס - די געטרייע מלמדים, יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט זיי אפילו א ווארט צוויי, דאס וועט זיי געבן מוט אנצוגיין מיט די קינדער.


ארבעטן מיט קינדער איז נישט קיין גרינגע ארבעט, זיין א מלמד איז א שווערע ארבעט; ווער רעדט נאך פון זיין א געדולדיגער מלמד - דאס איז א ביטערע שווערע ארבעט. רוב מאל ווייסט קיינער נישט וואס דער מלמד גייט אריבער; די עלטערן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, זיי ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך מיט די קינדער, זיי פארגעסן אז זיי האבן בכלל קינדער, זיי ווייסן נישט וואס דער מלמד גייט אריבער מיט זיינע קינדער, דער איינציגסטער וואס קען מחזק זיין איז דער מנהל.


ווייז נישט פאר קינדער קיין שום מאווי"ס און קיין שום ווידיאו"ס, נישט קיין חילוק אידישע אדער חסידישע; עס האט נישט צו טון אויב די עלטערן ווייזן ממילא פאר די קינדער, אויב די עלטערן ווייזן פאר די קינדער איז דאך ערשט א סברא נישט צו ווייזן, זאלן די קינדער זיין אפאר מינוט אין חדר געזונט און זען זאכן פארן, קומען, גייען וכו'; קליינע קינדער האבן א הייקעלע מח, דארף מען אויף זיי נאך מער אכטונג געבן.


ווייז נישט פאר די קינדער גארנישט; איך האב געהאט ביי אונז אין תלמוד תורה, די ערשטע יאר ווען מיר האבן געעפנט די חדר האט מען געוויזן פאר די קינדער א ווידיא"ו און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געלערנט אז דאס טאר מען נישט טון, דאס איז א זאך וואס איז קעגן חינוך.


הער נישט אויס מאדערענע חסידים; מיר דארפן טון וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#250 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#249 - ווי אזוי נעמט מען דעם קערפער פאר א וועגווייזער?
חינוך הילדים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, א מאמע פון קינדער, און איך נוץ מיין קערפער פאר מיין וועג ווייזער, ווען איך לייג זיך אריין אין מיין קערפער קען איך וויסן וואו איך האלט אויף דער וועלט ברוחניות און בגשמיות, און איך קען שפירן ווען עפעס איז יא גערעכט אדער נישט גערעכט.


אלס מיידל האב איך דאס נישט געקענט טון אזוי גוט, ווייל ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין מיין קערפער האב איך נישט געוואוסט געהעריג ווי אזוי עס צו באלאנצירן. יעצט אז איך בין שוין א מאמע פון טעכטער, האב איך זייער געוואלט אז מיינע טעכטער זאלן אויפוואקסן מיט די מתנה פון זייער קערפער, אבער זיי זאלן יא זיין באלאנצירט, זיי זאלן נישט שפירן ווי זיי זענען האלב און ווערן קלעבעדיג צו סיי וואס.


מיין שאלה איז אויב ס'איז דא א וועג פאר א מיידל זיך אויך צו קענען אריינלייגן אין איר קערפער, אדער קען מען דאס טון נאר נאך די חתונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט, איך ווייס נישט אויב איר פארשטייט יא וואס איר שרייבט.


אידישע קינדער האבן א וועג ווייזער - די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה א, א) אויפ'ן פסוק (משלי ח, ל): "וָאֶהְיֶה אֶצְלוֹ אָמוֹן וָאֶהְיֶה שַׁעֲשֻׁעִים יוֹם יוֹם", ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באשאפן די וועלט האט ער גענומען די תורה און געקוקט אין די תורה, אזוי ווי אן ארכיטעקט וואס גייט בויען א בנין נעמט ער אפיר דעם בלו-פרינט און קוקט דערין ווי אזוי צו בויען, "כַּךְ הָיָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַבִּיט בַּתּוֹרָה וּבוֹרֵא אֶת הָעוֹלָם", אזוי האט דער אייבערשטער געטון, ער האט געקוקט אין די תורה און אזוי באשאפן די וועלט.


א איד פירט זיך ווי די תורה זאגט מען זאל זיך פירן; דאס איז אונזער אורים ותמים, דאס איז אונזער וועג ווייזער. מוהרא"ש דערציילט פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט אויב היינטיגע טעג איז דא די אורים ותומים, האט ער געזאגט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


וואס האבן אונזערע עלטערן געטון ווען זיי האבן געוואלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן? וואס האבן די צדיקים פון אלע דורות געטון ווען זיי האבן נישט געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן? זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "'אתה חונן לאדם דעת', דו רבונו של עולם געבסט שכל פאר אלע מענטשן, 'ומלמד לאנוש בינה, דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר רבונו של עולם, 'חננו מאתך חכמה בינה ודעת', געב מיר שכל איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


אז איר ווילט געבן א גוטע וועג פאר אייערע טעכטער ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן, לערנט זיי אויס די עצה וואס דער רבי האט אונז געלערנט, לערנט זיי אויס אז ווען זיי ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלן זיי דאס איבער רעדן מיט'ן אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתבודד זיין; רעדן צום אייבערשטן אויף זייער אייגענע שפראך און פרעגן דעם אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, דורכדעם וועלן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי זאלן זיי טון אין יעדע פרט אין לעבן, ווען מען ווייסט נישט וואס צו טון אדער מען דארף א ישועה.


אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט איר פטור ווערן פון אלע אייערע דמיונות.

#248 - מעג איך טראגן מיינע קינדער צו מיינע עלטערן וואס היטן נישט אידישקייט?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, רפואה, קינדער, קאמפיוטער, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר ממש חיות צום לעבן, עס מאכט מיר פרייליך דאס לעבן.


איך האב צוויי זאכן צו פרעגן, ערשטנס, איך האב ברוך ה' א שטוב מיט קינדער, מיינע עלטערן זענען אבער ליידער נאך פריי, זיי היטן נישט קיין תורה ומצות, זיי האבן טעלעוויזיע אינדערהיים, ווי אויך צוויי קאמפיוטערס, צוויי טעבלעטס, און צוויי סמארטפאונס, און אלעס איז אפן געהעריג צו די אינטערנעט, און כאטש וואס איך בין זיי מכבד, איך רעד צו זיי אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג, און איך פרוביר אריבערצוגיין צו זיי פון צייט צו צייט, האב איך אבער מורא פאר מיינע קינדער, איך וויל נישט אז זיי זאלן האבן צוטריט צו די אלע שלעכטע זאכן. און די זעלבע זאך טראכט איך וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום, אויב איך וועל זיי קענען לאדענען צו קומען וואוינען נעבן מיר, אויב זיי האבן די אלע שלעכטע זאכן. ווי אזוי האנדלט מען אזא זאך?


די צווייטע זאך וויל איך פרעגן, איך בין ברוך ה' געווענליך פרייליך און רואיג, ווען איך ווארט אבער א קינד, און נאכ'ן האבן א קינד, פאל איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע, איך ווער זייער נערוועז, און איך בין פול מיט נעגאטיווע מחשבות. וואס קען מען טון אין אזא מצב? זאל איך נעמען מעדעצין פאר דעם?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


זייט ווייטער מכבד אייערע עלטערן אפילו זיי פירן זיך נישט אויף די אידישע וועג; די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט, די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע און מאמע.


אין די זעלבע צייט געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר זאלט בעטן אייערע עלטערן שיינערהייט אויב עס איז זיי נישט שווער אוועקצולייגן די זאכן ווען איר קומט מיט די קינדער. נישט איר זאלט זיי מחנך זיין; איר טארט נישט מחנך זיין אייערע עלטערן, נאר זייט זיי מסביר אז איר פרובירט אויפצוציען די קינדער ווייט פון די זאכן, זיי ווייסן נישט פון קיין טעלעוויזיע און קאמפיוטער וכדומה, אויב איז מעגליך ווען איר קומט זאל מען דאס נישט ארויסנעמען.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן וועט עס גארנישט שאטן פאר די קינדער, אדרבה איר וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


איר זאלט שטענדיג רעדן צו אייערע קינדער פון אייערע עלטערן מיט כבוד און עהרע. ווען די קינדער פרעגן אייך כל מיני פראגעס: "פארוואס טוט זיידע דאס?" "פארוואס טוט באבי דאס?" זאלט איר זיי שיין געבן צו פארשטיין: "זיידי און באבי ווייסן נישט פון די תורה, זיי זענען נעבעך גרויסע רחמנות'ער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן אינאיינעם, הייליגער באשעפער העלף זיידע און באבי זאלן תשובה טון, זיי זאלן היטן די תורה און מצוות", אזוי וועלן די קינדער אויפוואקסן ערליכע אידן.


אויף אייער צווייטע פראגע; איר קענט נעמען מעדעצין פאר דעם, וועט איר זיין מער פרייליך, עס וועט אייך זיין גרינגער צוריק צו קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן נחת פון אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#247 - וואס טוט מען ווען דאס קינד האלט נישט ביים פאלגן?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק. איך בין ברוך ה' געבענטשט געווארן מיט צוויי ליכטיגע קינדערלעך, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערויף, אבער איך האב א פראבלעם מיט'ן עלטערן פיר יעריג קינד וואס הערט נישט וואס מ'רעדט צו איר, זי פאלגט נישט מיך און נישט מיין מאן.


מיר האבן שוין פרובירט מיט אלע סארט וועגן, אבער גארנישט ארבעט נישט מיט איר. מיר האלטן זיך זייער שטארק, זי באקומט נישט אלעס וואס זי פארלאנגט, און דאס האט זי זיך שוין אויסגעלערנט אנצונעמען, ווען עס קומט אבער צו טון זאכן וואס מ'הייסט איר, צום ביישפיל צו אנטון נאכט קליידער, נישט צו טשעפען די בעבי, און דאס גלייכן, דאן איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן. זי ווערט אזוי אויפגערעגט און ווילד, זי צעברעכט און גיסט אויס זאכן, און די איינציגסטע זאך וואס קען איר אפשטעלן איז נאר א פאטש.


מיר ווייסן אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, אבער מיר האבן נישט קיין אן אנדערע וועג. צו גיין צו חינוך קלאסן אדער טערעפי פאר'ן קינד, ווייסן מיר אז דער ראש ישיבה האלט נישט דערפון. ביטע העלפט אונז ארויס מיט דעם ווייל מיר האלטן עס שוין מיר נישט אויס, ווי אזוי קען מען איר מאכן פאלגן די עלטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי זענען אלע קינדער, אלע קינדער זענען ווילד און נישט פאלגעדיג; קינדער ווערן אזוי געבוירן. עס שטייט (איוב יא, יב): "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד", א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות ווי אן אייזל אן שכל; מען דארף ארבעטן אויסצוארבעטן די מידות. די ארבעט פון עלטערן איז צו העלפן די קינדער זיי זאלן קענען אויסארבעטן די שלעכטע נאטורן.


ווען די קינדער זענען גאר יונג איז די צייט אויסצוארבעטן זייערע נאטורן, זיי זאלן פאלגן; קינדער פרובירן מיט אלע מיטלען אויסצופירן און נישט פאלגן די עלטערן. עלטערן דארפן נישט מורא האבן אוועק צו שטעלן שטארקע ליניעס כדי די קינדער זאלן פאלגן, מען דארף פרובירן מיט אלע מיטלען צו צעברעכן די עקשנות פון די קינדער, אויב דארף דאס גיין מיט א פעטשל, געבט מען א פעטשל, ביז די קינדער לערנען זיך אויס צו פאלגן.


די ארבעט איז זייער זייער שווער אבער שפעטער צאלט עס זיך אויס, אז מען לייגט אריין שטארקע כוחות אין חינוך הבנים והבנות, אז מען העלפט די קינדער אויסבייגן די שווערע נאטורן האט מען שפעטער אסאך נחת פון זיי; זיי וואקסן געזונטע מענטשן און גייען אין די וועגן פון די תורה.


מיט דעם וואס מען געבט נאך די קינדער, מען לאזט זיי טון וואס זיי ווילן, מיט דעם ווערט מען נישט קיין באליבטע טאטע מאמע. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", עלטערן וואס מוסר'ן נישט די קינדער די האבן פיינט זייערע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווידעראום עלטערן וואס מוסר'ן די קינדער - די האבן ליב זייערע קינדער. פרעגן די הייליגע חכמים (שמות רבה א, א) ווען עלטערן הערן אז איינער האט געשלאגן זייער קינד וועלן זיי דאך זיך נוקם זיין אין יענעם, ווי קען דער פסוק זאגן אז די עלטערן וואס שלאגן נישט די קינדער האבן פיינט די קינדער? "לְלַמֶּדְךָ, שֶׁכָּל הַמּוֹנֵעַ בְּנוֹ מִן הַמַּרְדּוּת סוֹף בָּא לַתַּרְבּוּת רָעָה וְשׂוֹנְּאֵהוּ", ווייל די עלטערן וואס מוסר'ן נישט זייערע קינדער וועלן די קינדער ארויסגיין לתרבות רעה, זיי וועלן אפלאזן די אידישע וועג.


פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות, עס גייט נישט אין איין טאג; קינדער טוישן זיך נישט אין איין טאג, מען דארף אקערן און זייען ביז מען שניידט די פירות אבער אז מען האט געדולד זעט מען אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#246 - וואס זאל איך רעדן מיט מיינע תלמידים אין חודש אלול?
חינוך הילדים, ראש השנה, תשובה, בין אדם לחבירו, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו איבער וואס צו רעדן מיט מיינע תלמידים אין די ימי בין המצרים, און איך האב ברוך ה' געפאלגט אלעס וואס איז דארט געשטאנען. יישר כח.


יעצט האב איך געוואלט פרעגט ווי אזוי און וואס מ'זאל רעדן מיט די קינדער, מיינע תלמידים זענען 8 יאר אלט, אין די טעג פון חודש אלול, פאר די הייליגע טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אפאר ווערטער לתועלת די תלמידים.


יישר כח און א כתיבה וחתימה טובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר אזוי מקנא מיט דיין הייליגע ארבעט; דו זיצט מיט קליינע קינדער, ריינע נשמות, אכט יעריגע קינדער וואס ווייסן נאך נישט פון קיין פראבלעמען אין לעבן, זיי שלינגען יעדעס ווארט וואס דער מלמד זאגט, יעדעס ווארט פונעם מלמד גייט אריין טיף טיף אין זייערע ריינע הערצער.


א מלמד וואס האט די ריכטיגע הקדמות, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן - קען ער ברענגען די קינדער צו א מורא'דיגע שטארקייט, די קינדער וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן זייער גאנץ לעבן די וועג ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון תשובה; דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל אים איבערבעטן, מען זאל אים צוזאגן אז מען גייט זיין וואויל. לייג אריין אין די קינדער דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער וויל נאר גוטס, ער וויל נישט שטראפן אידישע קינדער, ער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דערצייל זיי מעשיות פון די הייליגע חכמים איבער דאס גרויסקייט פון תשובה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף קיין שום מענטש; ווי ווייט מען איז פארקראכן קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


רעד נישט צו זיי קיין הויכע זאכן; עבודות פון צדיקים פון תעניתים און סיגופים. רעד צו זיי דעם רבינ'ס ווערטער, די פשוט'ע וועג פון תשובה, ווי דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען זאגט ארויס פשוט'ע ווערטער: "איך וויל זיין גוט", "איך גיי שוין זיין גוט", "איך גיי מער נישט טון די עבירה", וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער גלייך מוחל דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


אין די זעלבע צייט זאלסטו זיי אויסלערנען דאס הארבקייט פון טשעפען א חבר; ווייל אויף אלע עבירות קען מען תשובה טון, פון אלע פראבלעמען קען מען ארויסגיין, אבער עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ (יומא פה:), אויב מען טוט וויי א צווייטן העלפט נישט קיין תשובה נאר מען מוז יענעם איבערבעטן און יענער דארף מוחל זיין.


זאלסט אסאך רעדן צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א חבר און נישט לאכן פון א חבר; קינדער זענען קינדער און אז מען רעדט נישט צו זיי דערפון ווייסן זיי נישט, און אז זיי ווייסן נישט קענען זיי נכשל ווערן אין פארשעמען אנדערע קינדער השם ישמרינו און אלעס איז דער מלמד שולדיג, ווייל מען רעדט נישט גענוג פון די הארבקייט פון די עבירה.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון בלאזן שופר, ווי דער שטן ווערט דערפון צעטומלט און צעמישט; א גאנץ יאר גרייט ער זיך אן פעק און זעק פון עבירות, ער ווארט אויף ראש השנה צו קומען טענה'ען קעגן אידישע קינדער און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער אזוי דערשראקן, ער מיינט אז משיח איז געקומען און מען גייט אים שוין שחט'ן - לויפט ער אוועק, ער לויפט זיך באהאלטן און דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן צו קינדער אבער די פאר פונקטן זענען זייער וויכטיג; דאס איז דער עיקר פון אידישקייט, די קינדער זאלן וויסן אז עס איז שטענדיג דא א וועג ווי אזוי מען קען זיך גלייך צוריקקערן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשן זיי נישט וויי צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#245 - ווי אזוי קען מען צערייסן דעם הייליגן גליון?
חינוך הילדים, קדושה, ספרי ברסלב, התנגדות, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט לעצטנס א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם "גליון היכל הקודש", האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן גליון, און זייער בעטן אז מ'זאל ווייטער שרייבן אזוי ווי ביז יעצט, דאס איז מיין גליון, דאס האט געראטעוועט מיין לעבן.


טאקע יענער גליון [פרשת נח תשע"ט] וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט דערפון, וואו ס'איז געשטאנען דער בריוו איבער א קינד וואס דער שכן האט אים אנגערירט נישט בצניעות, האט געראטעוועט מיין משפחה.


ווען איך קום אין בית המדרש אום שבת האב איך קוים כח צו דאווענען, איך קען נישט קוקן קיין גליונות, אבער איין שבת נאכ'ן דאווענען האב איך געזען ווי מיין 9 יעריג אינגל איז זייער בלאס און דערשראקן, איך האב אים געפרעגט צי ער פילט נישט גוט, האט ער מיר געזאגט אז אלעס איז גוט, איך האב אבער געזען אז עפעס טויג נישט, האב איך אים גערופן פריוואט אין די זייט און אים געפרעגט וואס גייט פאר, ער האט גארנישט געענטפערט נאר ארויסגענומען פון טאש דעם גליון, עס איז געווען געקנייטשט צו דעם בריוו, און ער ווייזט מיר עס.


איך האב זיך פארטיפט אין דעם בריוו און ס'איז מיר שלעכט געווארן, אבער אין די זעלבע צייט איז מיר גוט געווארן, אז איך בין געוואויר געווארן וואס גייט פאר. ברוך ה' אז ס'איז נאך געווען אנהויב פון א מעשה, וואס וואלט זיך געקענט ציען לאנג און זיך ענדיגן געפערליך, ברוך ה' אז מ'האט עס געקענט מסדר זיין באצייטנס און געראטעוועט מיין זון.


זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים, און מיין גאנצע שטוב האט זיך געטוישט. יעצט האב איך געהערט אויפ'ן שיעור אז ס'דא מענטשן וואס שרייען אויפ'ן גליון אז ס'איז ניבול פה, דעריבער וויל איך אייך בעטן ברחמים איר זאלט זיי לאזן ווייטער שרייען, אבער איר זאלט ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט צו ראטעווען אידישע קינדער פון טויט. ווי גערעכט זענט איר אז נאר א מנול וועט שרייען אויף דעם, ווייל ער האט מורא מ'וועט אים כאפן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויס דיינע קינדער זיי זאלן אכטונג געבן פון מנולים, זיי זאלן נישט לאזן קראנקע מענטשן טון מיט זיי עבירות. עס ליגט א פליכט אויף עלטערן מחנך צו זיין די קינדער זיי זאלן זיין הייליג; אז מען גרייט אן די קינדער זיי זאלן לעבן מיט יראת שמים האט מען שפעטער שיינע נחת, זיי וואקסן אויף ערליכע אידן.


ליידער בעוונותינו הרבים לעבן מיר אין א דור פון הפקרות, מען האט געגעבן פאר'ן יצר הרע אזעלכע כוחות הטומאה, ער שניידט שטיקער פון אידישע קינדער. מען נעמט אומשולדיגע קינדער און מען פארכאפט זיי אין עבירות. מען נעמט אוועק זייער פונדאמענט, זייער יסוד; זיי פאלן אין קדושה און זענען פוגם בברית, מיט דעם הרג'עט מען זייער עתיד.


קעגן די טומאה וואס איז דא האט דער אייבערשטער אונז געשיקט א צדיק, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו, ער איז לוחם מיט'ן סמ"ך מ"ם; ער איז מכניע די טומאה און ראטעוועט אונז פון פארכאפט ווערן ביי די קליפות.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון קדושת הברית ווייל אז דער יסוד איז גוט, דער פונדאמענט איז שטארק - קען מען בויען שיינע בנינים, אבער אז דער יסוד איז צעבראכן קען מען נישט בויען, דעריבער האט זיך דער רבי פארלייגט צו פאררעכטן דעם יסוד כדי מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן.


קעגן דעם קומט דער יצר הרע און פארדעקט דעם הייליגן רבי'ן, ער מאכט חוזק פון רבי'ן מיט הוצאת שם רע, מען רעדט כל דבר אסור אויפ'ן רבי'ן און זיינע תלמידים. שוין איבער פופציג יאר וואס מוהרא"ש שרייבט, דרוקט און פארפלייצט ספרים און קונטרסים צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט די וועג פון לעבן, אז מען קען תשובה טון און מען קען זיך צוריק קערן פון וואו מען איז אריין געפאלן, זענען געקומען מענטשן פונעם מלך האכזר (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יג - פון די זיבן בעטלערס) און געמאכט געשפעט אויף די ספרים, אז מען דארף דאס צערייסן, מען דארף דאס פארברענען און מען טאר נישט אריין קוקן אין די ספרים. מען דארף שרייען "גיוואלד!" ווי מעג מען צערייסן די ספרים? ווי מעג מען צערייסן די קונטרסים וואס ראטעווען אידישע קינדער?!


ניתי ספר ונחזה, לאמיר אריין קוקן וואס שטייט אין די ספרים, וואס שטייט אין די קונטרסים? דאס איז דאך ריין יראת שמים, דאס איז דאך ריין קדושה; ווי מעג מען רעדן אויף די ספרים וואס זענען מגלה פאר אלעמען די אמונה?!


ווער צערייסט די גליונות? ווער צערייסט די ספרים? נאר א בעל עבירה, נאר איינער וואס ליגט אין ניאוף; אנדערש וואלט דאך יעדער טאטע געדארפט לערנען די קינדער זיי זאלן זיך היטן פון שלעכטס, די בריוו וואס מיר האבן פארשפרייט אינעם גליון וואלט מען געדארפט לערנען מיט אלע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דאס איז ניבול פה? דאס איז נישט איידל?! ניבול פה איז וואס טוט זיך ביי די טונקעלע שלש סעודות תורה'ס ווען מען פארלעשט די לעקטער, וואו זענען דעמאלט די קינדער? וואס טוען זיי?! אפשר איז ער יעצט ביי א מנול אין שויס, אויף דעם דארף מען שרייען גיוואלד! אדער אין די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבתים - וואו זענען די קינדער ווען די עלטערן שלאפן? אפשר טוט ער יעצט נישט גוטע זאכן וואס ער וועט זיך נעבעך מוטשען זיין גאנצע לעבן? אויף דעם דארף מען שרייען גיוואלד! א גליון וואס ברענגט יראת שמים, וואס ברענגט אריין טהרה - דאס איז נישט איידל?!


אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען צערייסט די ספרים, מען פרובירט צו פארדעקן די ליכטיגקייט. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, און זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, און מען שפעט אפ פון די ספרים". אבער עס וועט אים שוין גארנישט ניצן, מען זעט ווי דער רבי נעמט איין די וועלט, אלע זאגן היינט קלאר אז דער רבי איז דער וואס האלט אונז ביים לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א חלק אין ראטעווען אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.

#244 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#243 - איך געב איבער די לימודים פאר מיינע תלמידים
חינוך הילדים, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אביסל מיטטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א עטליכע פרייליכע זאכן.


איך בין א מלמד דא אין ארץ ישראל, און זייענדיג מקורב צום ראש ישיבה האב איך יעדן טאג כמעט פרובירט איבערצוגעבן פאר מיינע תלמידים די שיינע זאכן וואס איך האב באקומען.


אזוי ווי עס ענדיגט זיך יעצט די יאר, האב איך געפרעגט פאר מיינע תלמידים [8 יאר אלט] וואס זיי האבן ספעציעל קונה געווען דאס יאר, די תשובה האבן אלע געענטפערט אינאיינעם, א. תפילה ב. זיך פרייען מיט די ציצית ג. מ'דארף רעדן שיין צו טאטע מאמע.


בנוסף צו דעם גייען אסאך תלמידים מסיים זיין מסכת תענית [אלס א זייטיגע לימוד אין די פרייע צייטן] לכבוד די ניין טעג. נאכדעם וואס איך האב זיי אויף דעם מחזק געווען. היינט האט מיר א תלמיד געוויזן א ששה סדרי משנה וואס זיין טאטע האט אים געקויפט, האב איך אים געפרעגט וואו ער האלט, און איך האב אים געלייגט א סטיקער.


די קרעדיט קומט זיך פאר'ן ראש ישיבה וואס שפארט נישט קיין מיה און כח אלעס כדי אריינצוברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין די וועלט. איך שפיר אלס א חוב דאס מיטצוטיילן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות פון זיין א מלמד - אויבן אין הימל; א מלמד וואס געבט אכטונג אויף די קינדער, ער לערנט מיט זיי תורה - האט א גרויסע כח אין הימל, ער קען פועל'ן אלעס וואס ער וויל.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעהויבן רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד אדער א טיטשער געבט אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


ווער רעדט נאך א מלמד מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן - איז דאך גאר עפעס אנדערש; מען האט וואס צו פארקויפן, מען האט וואס אריין צו לייגן אין די קינדער. דער רבי געבט סחורה אין די האנט, מען האט וואס צו פארקויפן ווייטער; אפגערעדט אז מען קען אריין באקן אין די הערצער פון די קינדער ריינע אמונה, ווייל אמונה קען מען נאר איבערגעבן אויב מען האט דאס אין זיך; א מלמד וואס די אמונה שיינט אין אים - דער קען איבער געבן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט: "איך וויל נישט מיינע לייט זאלן זיין מלמדים (שיחות הר"ן, סימן רמ, רמא; חיי מוהר"ן, סימן תסה, תקצא), אבער אז מען דארף שוין יא זיין א מלמד, ווער דען זאל זיין א מלמד אויב נישט פון מיינע לייט?" ווייל מען דארף אליין האבן א שטארקע אמונה דאס צו קענען איבערגעבן פאר תלמידים, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע אמונה; דאס איז דער יסוד פון א איד, מען זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער, מען זאל לעבן מיט דעם און קיינמאל נישט פארגעסן פון די אמונה.


ליידער ליידער הייטיגע טעג רעדט מען פון אלעם נאר נישט פון די פשוט'ע אמונה; מען רעדט צו קינדער פון לימוד התורה, מען רעדט פון לערנען רצופות, מען רעדט פון זיין א מצוין, מען רעדט פון זיך פארהערן און באקומען אן אויסצייכענונג - נאר פון די פשוט'ע אמונה רעדט מען נישט, שפעטער וואונדערט מען זיך פארוואס בחורים האבן נישט קיין יראת שמים, מען וואונדערט זיך פארוואס מען טרעפט בחורים און אינגעלייט וואס טוען עבירות און האבן נישט קיין געפיל צו א שבת, צו מצוות; וואלט מען ווען געפילעוועט אין זיי אמונה, וואלטן זיי געבליבן ערליכע פשוט'ע אידן.


שטארק זיך און זיי ממשיך בית שאת וביתר עוז, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.

#242 - וואס טו איך אז מיין טאכטער וויל נאר זיך אנטון שיין?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א גרויסן ישר כח פאר אלע דברי חיזוק והדרכה, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח און מוט אנצוגיין מיט די עבודת הקודש צו העלפן און מחזק זיין אידישע קינדער.


אצינד צו מיין שאלה, איך האב א טאכטער, א גרעסערע מיידל, א וואויל קינד, זי ציט אבער זייער שטארק צו די אלע היינטיגע מאדעס און סטיילס, פארשטייט זיך בדרך כבוד נישט חס ושלום אויפפאלענד, זי פארשטייט אבער נישט די שיינקייט פון צניעות וכדומה, און דאס קאסט אונז אסאך כח און מיה. מיין ווייב תחי' איז דוקא מער צו די פרומערע זייט.


איך וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס מ'קען טון איר צו איבערצייגן די חשיבות און וויכטיגקייט פון צניעות און באשיידענהייט, און בכלל נישט צו זיין ביזי נאר מיט קליידונג און פאן, נאר מער תוכן'דיג ווי א אידישע טאכטער דארף זיך פירן, אויך וועלכער לימודים און ספרים זי זאל לערנען,


א גרויסן יישר כח און הצלחה מרובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אנגעטון שיין; אז דיין טאכטער איז ערליך און וואויל, זי גייט אנגעטון אידיש - דארפסטו טאנצן פאר שמחה און איר נאר הייבן און לויבן.


מיט כבוד וועסטו איר געוואונען; געב איר כבוד, געב איר גוטע ווערטער, זאג איר שטענדיג ווי גוט זי זעט אויס, ווי שיין זי איז און ווי גוט זי פארשטייט צו קליידער - אזוי וועסטו איר געוואונען און זי וועט בלייבן וואויל און גוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל, דארף מען אים אפגעבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט אלץ מער כבוד דארף מען, "וּכְמוֹ שֶׁאָנוּ רוֹאִים בְּחוּשׁ שֶׁהַנָּשִׁים מַקְפִּידִין מְאֹד עַל כְּבוֹדָם, וְרוֹצִים מְאֹד אֶת הַכָּבוֹד", אזוי ווי מיר זעען ביי פרויען אז זיי זענען זייער מקפיד אויף זייער כבוד, "וְזֶה מֵחֲמַת שֶׁהַנָּשִׁים דַּעְתָּן קַלָּה וּקְטַנָּה מְאֹד", דאס איז ווייל זיי האבן נישט אזא שטארקע פארשטאנד; אז דו וועסט איר אויסרימען און לויבן, דו וועסט קוקן גוט אויף איר און איר געבן גוטע ווערטער - וועסטו האבן נחת פון איר.


ווען די קינדער זענען נאך יונג דעמאלט איז די צייט וואס מען קען זיי גרינג אויסבייגן, שפעטער ווען זיי זענען שוין עלטער דעמאלט דארף מען שוין אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און ווי אזוי מען פארלאנגט, דעמאלט דארף מען גיין מיט חכמה - מיט אסאך גוטע ווערטער.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#241 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער איבער'ן דריטן בית המקדש?
חינוך הילדים, שלום, משיח, שנאת חנם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר אלעס וואס מען קען אפילו נישט אויסרעכענען.


איך בין א מלמד און איך האב צוויי קורצע וויכטיגע שאלות בנוגע די יעצטיגע זמן, בין המצרים.


איינס, ווי באקאנט איז דא א מחלוקת בנוגע די דריטע בית המקדש צי דאס וועט אראפ קומען פון הימל אדער מיר וועלן דאס בויען, וואס זאגט מען פאר קינדער פון אכט ניין יאהר?


צווייטנס, איז דא א מקור צו דעם וואס מ'זאגט אז מיט יעדע מצוה וואס מען טוט ווערט צוגעלייגט נאך א שטיין פאר'ן דריטן בית המקדש, און חלילה פארקערט נעמט מען אראפ א שטיין? אדער איז דאס סתם א שיינע דמיון?


ביטע ענטפערט מיר לתועלת התלמידים, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן - שלא טעמו טעם חטא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון קינדער, "אֲמַר לֵיהּ רַב פָּפָּא לְאַבַּיֵּי, דִּידִי וְדִידָךְ מַאי", האט רב פפא געפרעגט פון אביי: 'וואס איז מיט אונזער תורה?' "אֲמַר לֵיהּ", האט אים אביי געענטפערט, "אֵינוֹ דּוֹמֶה הֶבֶל שֶׁיֵּשׁ בּוֹ חֵטְא לְהֶבֶל שֶׁאֵין בּוֹ חֵטְא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס זיי ווייסן נאך נישט פון קיין עבירה, זיי האבן נאך נישט טועם געווען קיין עבירה - אויף זייער תורה שטייט די וועלט.


אויף דיינע שאלות: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווער וועט בויען דעם בית המקדש, צי וועט אראפ קומען א פייערדיגע בית המקדש פון הימל אדער וועט מען דאס בויען וכו'; דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים ומלחמות, הלכה ב): "וְכָל אֵלּוּ הַדְּבָרִים וְכַיּוֹצֵא בָהֶן, לֹא יֵדַע אָדָם אֵיךְ יִהְיוּ עַד שֶׁיִּהְיוּ", די אלע זאכן, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען - ווייסט מען נישט ביז עס וועט זיין, "שֶׁדְּבָרִים סְתוּמִין הֵן אֵצֶל הַנְּבִיאִים, גַּם הַחֲכָמִים אֵין לָהֶם קַבָּלָה בִּדְבָרִים אֵלּוּ", די זאכן זענען פארהוילן פון אונז, אפילו פון די נביאים און פון די חכמים איז דאס פארהוילן, "וּלְפִיכָךְ יֵשׁ לָהֶם מַחֲלוֹקֶת בִּדְבָרִים אֵלּוּ", דעריבער איז דא אסאך מחלוקת אין די זאכן - וואס און ווי אזוי עס וועט זיין.


דערפאר זאגט דער רמב"ם: "לְעוֹלָם לֹא יִתְעַסֵּק אָדָם בְּדִבְרֵי הַהַגָּדוֹת, וְלֹא יַאֲרִיךְ בַּמִּדְרָשׁוֹת הָאֲמוּרִים בְּעִנְיָנִים אֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן, וְלֹא יְשִׂימֵם עִקָּר", מען זאל נישט צופיל אריין קלערן וואס און ווי אזוי עס וועט זיין נאכדעם וואס משיח וועט קומען, "שֶׁאֵין מְבִיאִין לֹא לִידֵי יִרְאָה וְלֹא לִידֵי אַהֲבָה", ווייל פון דעם קומט נישט ארויס קיין עבודת השם יתברך; דער עיקר דארפן מיר זען וואס מיר קענען טון צו ברענגען משיח.


דעריבער, אנשטאט צו חקר'נען ווי אזוי וועט זיין, וואס וועט זיין וכו', - דארפן מיר זען צו טון מצוות און גוטע מעשים אז משיח זאל שוין קומען. און ווען מיר וויינען און קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש דארפן מיר וויינען אויף אונזער חורבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז) ווען מען קלאגט אויפ'ן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אז אמאל איז געווען א חורבן, נאר מען וויינט אויפ'ן היינטיגן חורבן; אז מיר זענען חרוב ונחרב, מיר זענען ווייט פונעם אייבערשטן און מיר זענען זייער שטארק אריין געטון אין אונזערע תאוות רחמנא לצלן, מיר דארפן זען מיר זאלן נישט צוריק האלטן די גאולה; דערפאר האט דער רבי אונז געהייסן מיר זאלן אויפשטיין חצות זאגן תיקון חצות ווייל אפשר זענען מיר געווען אינעם פאריגן גלגול די וואס האבן גורם געווען אז דער בית המקדש זאל חרוב ווערן און אפילו מיר האבן נישט חרוב געמאכט דעם בית המקדש: "אוּלַי הוּא מְעַכֵּב עַתָּה בִּנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", אפשר זענען מיר די וואס האלטן אפ דעם בית המקדש פון צוריק אויפגעבויט ווערן, "וְנֶחֱשָׁב גַם כֵּן כְּאִלּוּ הוּא גָּרַם לְהַחֲרִיבוֹ", איז דאס אזוי ווי מיר וואלטן דאס חרוב געמאכט.


רעד אסאך צו די קינדער קעגן מחלוקת און שנאת חינם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל מען האט עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", די עבירה איז נאך אלץ צווישן אונז; ברענג אריין אין די קינדער אהבת חינם, זיי זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, זיי זאלן זיך מוסר נפש זיין איינער פאר'ן צווייטן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין אז משיח וועט קומען, דעמאלט וועלן מיר זוכה זיין צו זען ווי אזוי דער בית המקדש וועט געבויט ווערן.


אויף דיין צווייטע פראגע; ווי מעג מען זאגן אויף אזא זאך אז דאס איז א דמיון? אודאי אזוי! מיט יעדע מצוה וואס מען טוט איז מען מקרב די גאולה.


עס ווערט געברענגט פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (זרע קודש פרשת כי תצא, דבור המתחיל כי תבנה בית חדש): "בְּכָל יוֹם שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת ה' בּוֹנֶה אֶת יְרוּשָׁלַיִם וּבֵית הַמִּקְדָּשׁ", דורך אונזערע מעשים טובים ווערט געבויט דער בית המקדש, און ער ברענגט דארט: "שָׁמַעְתִּי מֵהָרַב הַקָּדוֹשׁ מוֹרֵנוּ הָרַב אֱלִימֶלֶךְ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ", איך האב געהערט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, אז ער האט געמאכט עליית נשמה און געזען ווי מען טראגט די כלים פון בית המקדש, מען האט אים געזאגט: "די כלים האסטו ארויסגענומען פון גלות מיט דיינע מצוות און מעשים טובים", ווייל מיט די מצוות און מעשים טובים וואס מען טוט בויט מען דעם בית המקדש.


מען טאר נישט זאגן אז דאס איז א שיינער דמיון; עס איז אמת ויציב אז ווען א איד טוט א מצוה ברענגט ער א ציגל צום בית המקדש און ווען מען זינדיגט נעמט מען אוועק א ציגל און מען איז מעכב אז משיח זאל קומען, אזוי ווי דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין די הקדמה פון זיין הייליגן ספר ויואל משה (דף ט), אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל אנגערופן ביים טיש: "דער בית המקדש איז שוין גרייט, עס איז שוין געבויט און גרייט, עס פעלט נאר דעם פרוכת", האט זיך אנגערופן דער הייליגער צדיק רבי יהושע'לע פון טאמאשוב זכותו יגן עלינו: "מיר גלייבן אז דער רב קען ענדיגן דעם פרוכת", דער צאנזער רב איז שטיל געבליבן און אים גארנישט געענטפערט. א צווייטע מאל אינמיטן פירן טיש האט זיך דער צאנזער רב אנגערופן און געזאגט: "ווער זאגט אייך אז איך האב נישט געענדיגט דעם פרוכת? איך האב טאקע צוגעענדיגט דעם פרוכת פונעם בית המקדש, אבער עס איז געקומען א רשע און געטון א גרויסע עבירה, מיט דעם האט ער דאס צוריסן".


דאס זאלסטו אריין לייגן און אריין באקן אין דיינע תלמידים, זיי זאלן וויסן און געדענקען אז יעדע מצווה וואס א איד טוט ברענגט ער דורכדעם נאך א ציגל צום בית המקדש און ער איז מקרב די גאולה און מיט יעדע שלעכטע זאך וואס מען טוט צעברעכט מען דעם בית המקדש, מען צערייסט דעם פרוכת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים .

#240 - ווי אזוי מען מחנך גאר יונגע קינדער?
חינוך הילדים, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען פאר אלעס וואס איר טוט פאר אידישע קינדער, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פאר דריי יאר צוריק, האט זיך מיין לעבן געטוישט אינגאנצן צום גוטן אין אלע זאכן, ובפרט אין שלום בית און אין רעדן צום אייבערשטן, און איך נעם איין מער און מער חלקים פון די תורה, איך האב ברוך ה' געענדיגט שוין אסאך מאל משניות, ספרי רבינו, זוהר הקדוש, און נאך פיל. און איך בין אויך מפיץ די עצתו אמונה און די גליונות, און אויך די ספרים פון מוהרא"ש.


איך וויל פרעגן איבער מיין טאכטער, דער אייבערשטער האט מיר ברוך ה' געגעבן א זיס מיידל, זי איז יעצט צוויי און האלב יאר, זי קען שוין ברוך ה' מאכן ברכות און דאנקען דעם אייבערשטן, איך וועל אבער וויסן וואס איז מיין תפקיד אלס איר מחנך? אויף וואס דארף מען זיך פארלייגן איר מחנך צו זיין אין אזא יונגע עלטער?


צווייטנס, ווען זי וועקט זיך אויף נאך איר שלאף נאכמיטאג, איז זי רוב מאל אין נישט א גוטע גיסטע, זי וויינט און איז נישט פרייליך, וואס קען מען טון דערצו.


א דריטע שאלה האב איך געוואלט פרעגן, איך לערן ברוך ה' צוויי סדרים אין כולל, און ווען איך קום אהיים וויל איך זיך אביסל אויסלופטערן דעם מח, און דערפאר האב איך ליב דעמאלט צו הערן נייעס, אין די צייט וואס איך העלף ארויס צוזאמצונעמען די הויז. פארשטייט זיך אז איך טו עס נישט אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב ווען זי איז דארט. איך ווייס נאר נישט אויב דאס איז א פראבלעם, אדער איז דאס א גוטע זאך זיך אביסל אויסצולופטערן מיט די נייעס, צו קענען זיך אויפפרישן די כוחות צו קענען ווייטער לערנען, אזוי ווי אנדערע מענטשן לופטערן זיך אויס מיט'ן זינגען, מאלן, אדער אנדערע זאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; דיין גאנצע לעבן האט זיך דיר געטוישט צום גוטן.


א שאד אויף די אלע מענטשן וואס מיינען אז ברסלב איז עפעס א שרעקעדיגע זאך; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, צו וואס מען איז זוכה ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן, אפגערעדט צו וואס מען איז זוכה אויבן אין הימל, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטן פון מיינע מענטשן פיר איך אויבן אין הימל אויף דעם וועג פון גרויסע צדיקים.


נאך אויף די וועלט ברענגט אונז דער רבי צו צו גאר גרויסע מדריגות; מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט: "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם-כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


אויף דיין פראגע: 'ווי הייבט מען אן מיט חינוך וכו''; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווען עלטערן פירן זיך מיט יראת שמים, מען לעבט מיט ליבשאפט, מיט שמחה - דעמאלט גייט עס אריבער צו די קינדער; דורכדעם וועלן זיי אויך זיין פרייליכע קינדער, זיי וועלן ליב האבן צו זיין אידן, ווען עס איז אבער נישטא קיין יראת שמים ביי די עלטערן, מען האט זיך נישט ליב, מען קריגט זיך, מען טוט די מצוות אן שמחה, אלעס איז אנגעצויגן - דעמאלט ווילן נישט די קינדער גיין אין זייערע וועגן, זיי וועלן זיך זוכן אן אנדערע סארט לעבן.


קינדער ווילן ליבשאפט אין לעבן, קינדער ווילן א פרייליכע לעבן; ווען זיי באקומען דאס אין שטוב דעמאלט וועלן זיי נאכגיין דעם וועג, זיי וועלן בלייבן ערליך, ווידעראום ווען זיי געפונען דאס נישט אין שטוב וועלן זיי זוכן און נישטערן ביז זיי וועלן טרעפן ליבשאפט און ווארעמקייט, עס קען זיין אז דאס וועט זיי ברענגען צו נישט גוטע פלעצער.


בנוגע ווען דאס קינד שטייט אויף וכו'; עס מאכט זיך ביי אסאך מענטשן, נישט נאר ביי קינדער, אז ווען מען שטייט אויף פון א קורצע שלאף איז מען צעטומלט און נישט רואיג, עס נעמט צייט ביז מען דערוועקט זיך אינגאנצן.


בנוגע הערן נייעס; עס ווענדט זיך אינעם מענטש, רוב מענטשן ווערן מער צעטומלט און דערשראקן פון הערן נייעס. אז די נייעס געבט דיר אביסל כח, עס ליפטערט דיר אויס - קענסטו עס הערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#239 - ווי אזוי ברענגט מען צוריק די קינדער נאך די איבערלעבענישן פון קאראנע?
חינוך הילדים, קדושה, אמונה, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין ברוקלין פאר עלטערע קינדער, מ'האלט יעצט נאך די שווערע איבערלעבענישן פון קאראנע, די קינדער זענען ברוך ה' צוריק אין חדר, אבער ס'איז זייער שווער צו לערנען יעצט מיט זיי, ס'שפירט זיך א שטארקע הפקירות אין קלאס, נישט אז די קינדער זענען מחוצפים, נאר פשוט זיי זעען אויס ווי קריג'ס געליטענע, זיי זענען געזעסן אינדערהיים צעקוועטשט פאר עטליכע חדשים, אן צו לערנען געהעריג, און אסאך עלטערן האבן אויך געגעבן פאר די קינדער עלעקטעראנישע כלים וואס האט אוועקגענומען זייער מח, איך בין זיי דן לכף זכות אז זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג, אבער למעשה האט דאס גאר שטארק אפעקטירט די קינדער, אז זיי קענען כמעט נישט צולייגן קיין קאפ צו וואס מ'לערנט.


איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין אנדערע קלאסן און אין אנדערע חדרים, אבער איך קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן ביי מיר אין קלאס, די קינדער האבן זיך געפריידט צוריק צו קומען צו א נארמאלע זסדר און הערן עפעס א אידיש ווארט, אבער זייער מח איז נישטא


איך דערצייל אסאך מעשיות פון צדיקים, און דאס געבט זיי סיפוק, איך זוך אבער א וועג ווי אזוי איך זאל זיי קענען אויך צוריק ברענגען צו קענען לערנען אביסל תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט איז דער דור אזוי געפאלן, וויפיל דער דור איז געווען געפאלן איז יעצט געווארן פחד פחדים; עס גייט אריבער אזעלכע נסיונות אויף קינדער, בחורים און מיידלעך, קיינער קען גארנישט חלומ'ען וואס פאר א נסיונות זיי האבן. זיי פאלן אין שמירת עיניים, זיי פאלן אין קדושה, זיי פאלן אריין אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זיי ווערן פארברענט פון תאות ניאוף. זיי ווילן זיין גוט אבער זיי זעען נישט קיין וועג פאר זיך; א אינגל קען היינטיגע טעג זען אין איין מינוט אזעלכע שמוץ וואס מען האט אמאל נישט געקענט זען אין טויזנט יאר, אלע מגידי שיעורים און ראשי ישיבות שרייען אז זיי זעען נישט קיין וועג ווייטער מיט די יוגנט.


יעצט איז א צייט וואס מען דארף פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר אלעמען; דער רבי האט א וועג צו ראטעווען דעם גאנצן דור, דער רבי ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל צוריק קומען צו אים, מען זאל תשובה טון.


לייג אריין אין דיינע תלמידים אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, ווי זיי האבן געלעבט מיט'ן אייבערשטן, (דארפסט נישט רעדן אין נאמען פון רבי'ן), דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן אויך וועלן זיין ערליך און הייליג. רעד צו זיי זיי זאלן זיין הייליג און זיך היטן די אויגן; דו קענסט נישט וויסן וואס די ווערטער וואס דו פלאנצט יעצט איין וועט טון מיט זיי שפעטער, אמאל הערט א קינד פון זיין מלמד א ווארט פון יראת שמים און דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן.


אויך זאלסטו זיי לערנען זיי זאלן נישט פוגם זיין בברית קודש; לייג אריין אין זיי א פחד זיי זאלן נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, זאג זיי אז מען ליידט א גאנץ לעבן אויב מען היט זיך נישט. ווי יונגער מען געוואוינט איין קינדער זיי זאלן זיין הייליג - איז זיי גרינגער, עס ווערט ביי זיי ווי א טבע צו זיין הייליג.


אויך זאלסטו זיי לערנען זיך אכטונג צו געבן פון מנולים; לערן זיי אויס אז מען קען קיינעם נישט געטרויען, עס קען אמאל זיין א מענטש וואס זעט אויס פון אינדרויסן ווי א חשוב'ער מענטש, א פעטער, א ברודער אדער גאר א זיידע - נישט קיין נפקא מינה, מען דארף אויסלערנען פאר א קינד: "קיינער טאר דיך נישט אנרירן און זיך שפילן מיט דיר, קיינער טאר דיר נישט אנכאפן דעם אות ברית קודש".


עס איז שווער צו רעדן פון דעם און עס איז נישט אנגענעם צו שרייבן פון דעם, אבער מען מוז רעדן פון דעם; א מלמד דארף וויסן אז עס ליגט אויף אים א גרויסע אחריות אז זיינע תלמידים זאלן זיין ערליך און געזונט, אויב מען רעדט נישט צו די קינדער, מען גרייט זיי נישט אן - באקומט מען נאכדעם א גרויסער עונש. אזוי ווי די מעשה וואס אליהו הנביא האט דערציילט (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "איך בין אמאל געגאנגען אין א שטאט אין חוץ לארץ, אין בבל און איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - צוויי הונדערט תלמידים אין די יארגענג פון אכצן ביז צוואנציג יאר, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט און איך האב נישט געקענט טרעפן דעם מלמד, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן; אלע זענען געשטארבן, זיין ווייב, זיינע קינדער און אלע תלמידים, און עס זענען נאר איבערגעבליבן אפאר יונגע תלמידים, 'וְהָיִיתִי בּוֹכָה וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם', האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען, טראכטנדיג צו מיר: 'פארוואס איז דער מלמד, זיין משפחה מיט די תלמידים - געשטארבן?' ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: 'אליהו, פארוואס וויינסטו?' האב איך אים געענטפערט: 'צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן?' האט מיר דער מלאך געזאגט: 'וויין נישט אליהו', האב איך אים געפרעגט: 'פארוואס זאל איך נישט וויינען?' האט מיר דער מלאך געענטפערט: 'וְאָמַר לִי שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן', זיי האבן געטון שמוציגע מעשים; זיי האבן געטון עבירות איינער מיט'ן צווייטן, זי האבן מוציא געווען זרע לבטלה רחמנא לצלן, זיי האבן נישט געוואוסט דער סוף פון די עבירה", זעט מען פון דעם דאס אחריות וואס ליגט אויף מלמדים.


וויפיל בחורים און אינגעלייט וויינען און שרייען אז זיי האבן היינט נישט קיין טעם אין לעבן ווייל זיי זענען אריין געפאלן אין די עבירה; קיינער האט זיי נישט אנגעגרייט פון פאראויס זיי זאלן זיך היטן און נישט זינדיגן אין פגם הברית, זיי זענען נעבעך נישט שולדיג, מען האט זיי נישט אנגעגרייט.


אז די קינדער וועלן זיין הייליג און אפגעהיטן וועלן זיי זוכה זיין צו לערנען און דאווענען; דו זע אז דער פונדאמענט זאל זיין גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#238 - וועלכע סארט מעשיות דערציילט מען פאר קינדער?
חינוך הילדים, מדות טובות, סיפורי מעשיות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע בריוו וואס איך האב באקומען איבער זיך שטארקן אין שמירת הזמנים אלס מלמד.


דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט אויך געשריבן איבער די גרויסקייט צו דערציילן מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, האב איך געוואלט קלאר מאכן איבער וועלכע סארט מעשיות דער ראש ישיבה שליט"א רעדט, ווייל ס'זענען דא מעשיות פון צדיקים וואס איז נישט שייך פאר קינדער נאכצומאכן, דאס וועט נאר אויפטון אז די קינדער וועלן מיינען אז צו זיין א צדיקים דארף מען זיין ממש א מלאך, ווידער איז דא מעשיות וואס קינדער קענען יא נאכמאכן, צום ביישפיל די מעשה פון רבי אביש'ל פראנקפורטער וואס האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זיין קאפ האט זיך געעפנט און ער האט אנגעהויבן פארשטיין לערנען. און דאס גלייכן אזעלכע סארט מעשיות ווי צדיקים האבן שטארק אכטונג געגעבן נישט מצער צו זיין א צווייטן וכדומה.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען קלאר מאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען דערציילט מעשיות פון צדיקים דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו דערציילן, מען דארף זיי געבן צו פארשטיין אז צדיקים האבן אויך געהאט יונגערהייט א יצר הרע און האבן זיך זייער געמוטשעט. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "איך האב געהערט פון אמת'ע צדיקים, זיי האבן געזאגט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף זיי נישט, זיי האבן געהאט שווערע מלחמות - ביז זיי האבן מנצח געווען דעם יצר הרע".


מעשיות פון צדיקים איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם, בפרט פאר קינדער. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מיט זיי מוסר, ווען דער מלמד האט געזאגט אז ער לערנט מיט זיי חובות הלבבות און נאך האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט פאר'ן מלמד: "נישט דאס מיין איך, איך וויל אז דו זאלסט זיי דערציילן מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך, פון הייליגן רבי ר' זושא זי"ע", ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף דאס הארץ, בפרט קינדער - ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ברענגט עס אריין אין זיי א חשק און א גליסטעניש אויך צו וועלן זיין ערליך און הייליג.


עס האט נישט צו טון אויב מען קען נאכמאכן די מעשה אדער נישט, ווייל מיר קענען טאקע נישט נאכמאכן די מעשיות וואס צדיקים טוען. צום ביישפיל מען דערציילט פאר קינדער די מעשה פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזען ווי זיין אייניקל וויינט, א קליינטשיג קינד וויינט אין שויס פון זיין מאמע און האקט די מאמע, האט ער אנגעהויבן שרייען: "אוי וויי, אוי וויי איז מיר, שלאגן א מאמע?!" דארט איז געשטאנען דער הייליגער רבי אלימלך'ס מאמע, האט זי געזאגט פאר אים: "ווען דו ביסט געווען א קליינטשיג קינד האסטו מיר אויך געשלאגן..."


ווי נאר דער הייליגער רבי אלימלך האט דאס געהערט איז ער געלאפן צום אויוון און ער האט אריין געלייגט זיינע הענט אין פייער, ער האט געוויינט צו זיך און געזאגט: "הענט וואס שלאגן א מאמע דארף מען פארברענען", ביז ער האט זיך פארברענט זיינע הענט.


דעם קומענדיגן טאג האט ער געוואלט דאווענען און לייגן תפילין - האט ער געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מילך וויל לייגן תפילין אבער מילך האט נישט קיין הענט", האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז זיינע הענט האבן זיך אויסגעהיילט.


אזעלכע מעשיות דארף מען דערציילן פאר קינדער זיי אויסצולערנען אז מען טאר נישט שלאגן א מאמע, און זיי זאלן זען וואס א צדיק איז, ער טוט תשובה אויף עבירות וואס ער האט געטון אין די צייט ווען ער האט נאך נישט געהאט קיין שכל, און זיי אויסלערנען אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן העלפט דער אייבערשטער.


דערצייל זיי אז דער הייליגער רבי אלימלך האט געפאסט משבת לשבת פאר איין און צוואנציג יאר; זיבן יאר פאר זיינע עבירות, זיבן יאר פאר זיינע קינדער און אייניקלעך און נאך זיבן יאר פאר אידישע קינדער עס זאל זיי גוט זיין; מיר קענען דאס נישט נאכמאכן און מיר טארן דאס נישט נאכמאכן, דאך דארפן מיר וויסן וואס צדיקים זענען געווען, און אז מיר וועלן זיין דבוק צו זיי, מיר וועלן לעבן מיט צדיקים - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "כל המחובר לטהור טהור", ווער עס איז באהאפטן צו א טהור איז אויך ריין.


דערצייל פאר די קינדער אלע מעשיות פון צדיקים; עס האט נישט צו טון יא נאכמאכן נישט נאכמאכן, ווייל מיר דארפן וויסן אז מיר זענען זייער ווייט פון זיין א צדיק, מיר זענען זייער ווייט פון וואס מיר דארפן באמת זיין, אבער אויב מיר וועלן זיין מקושר צו צדיקים, מיר וועלן גלייבן אין זיי און פאלגן וואס זיי זאגן - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - ווען איז נפטר געווארן די מאמע פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און פאר יום טוב שבועות האב איך באשריבען אביסל פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אין א קונטרס וואס כ'האב אהיימגעשיקט פאר מיינע תלמידים, און איך האב דארט איבערגעטייטשט עטליכע שטיקלעך פון פעולת הצדיק, ווי עס ווערט דארט געברענגט אז די מאמע פון בעל שם טוב זי"ע איז נפטר געווארן ביי זיין געבורט.


נאך שבועות האבן מיר די זיסע קינערלעך געזאגט אז דעס איז אנדערט ווי עס שטייט אין אנדערע ספרים וועלכע באשרייבן די היסטאריע פון בעל שם טוב זי"ע אז זיין טאטע איז נפטר געווארן בעפאר זיין מאמע.


איך וואלט זייער געוואלט וויסן צי עס איז טאקע פארהאן חילוקי דיעות אין דעם, און אזוי אויך לתועלת פון די קונטרס וואס איך האב פארטיילט פאר זיי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לייגסט אריין אין קינדער יראת שמים, דו דערציילסט זיי מעשיות פון צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען דורך דעם וואס ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


מוהרא"ש דערציילט (ספר פעולת הצדיק, אות כו) אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבער געלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


עס איז דא נאך נוסחאות אין די מעשה; עס איז דא וואס זאגן אז קודם איז זיין טאטע רבי אליעזר אוועק פון די וועלט און נאכדעם זיין מאמע, אבער ביי אנשי שלומינו איז מקובל די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש פארציילט דאס.


דער עיקר זאלסטו אויסלערנען די קינדער וואס מען זאל ארויסנעמען פון די מעשה; איינס, מען זאל שטענדיג געדענקען און וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין, נאר מען איז אלץ ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן און וואס מען וויל זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן. צווייטנס, זאלסט אריין לייגן אין די קינדער אז זיי זאלן נישט מורא האבן ווען מען הערט רעדן קעגן די אמונה, מען זאל שרייען דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ביז מען ווערט פטור פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - מעג מען דערציילן פאר קינדער שרעקעדיגע מעשיות פון צדיקים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה ב' מלמד, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך דערצייל אסאך מאל איבער פאר די קינדער די מעשיות וואס איך הער ביי די שיעורים.


אסאך מאל דערצייל איך זיי די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע ווי אזוי זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען גאר קליין, און ווי אזוי ער האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן וכו'. ס'זענען אבער דא קינדער וואס זאגן מיר איך זאל נישט דערציילן די מעשה ווייל ס'איז צו שרעקעדיג.


פון איין זייט קען דאס זיין גאר א שטארקע חיזוק פאר די קינדער אויב זיי וועלן אויך אמאל אריבערגיין שוועריקייטן און צרות אין לעבן און דאס וועט זיי געבן חיזוק אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז האבן טאקע שרעקעדיגע חלומות פון דעם ביינאכט, אז אפשר וועט זייער טאטע שטארבן וכדומה.


זאל איך ווייטער דערציילן די מעשה פאר די קינדער אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערצייל פאר די קינדער אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


ווען דו דערציילסט זיי מעשיות וואס רעדט זיך פון נפטר ווערן זאלסטו זיי דאס אראפלייגן אן קיין פחד און שרעק; ווען די קינדער פרעגן וואס עס מיינט שטארבן, געב זיי צו פארשטיין אז דעם גוף לייגט מען אין דער ערד און די נשמה גייט ארויף אין הימל, אויב מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען האט געטון אסאך מצוות און מען האט געלערנט תורה - דאן גייט מען אין גן עדן צוזאמען מיט'ן באשעפער.


שטארבן איז נישט א שרעקעדיגע זאך, יעדער איינער דארף אמאל צוריק גיין צום אייבערשטן. די עצם זאך פון שטארבן איז בכלל נישט שרעקעדיג, עס איז אזוי ווי מען גייט ארויס פון איין שטוב צו א צווייטע שטוב (שיחות הר"ן, סימן קנו); שרעקעדיג איז ווען מען גייט אוועק פון די וועלט אן קיין תורה און מצוות, דעמאלט איז זייער ביטער. אז א נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל נאקעט אן קיין תורה, אן קיין מצוות און אן קיין גוטע זאכן - דאס איז שרעקעדיג.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף די קינדער וואס כאפן נישט אויף אזוי שנעל דאס לערנען, זיי זאלסטו מקרב זיין. און אויך אויף די קינדער וואס ווילן נישט גלייך לערנען זאלסטו אכטונג געבן; זיי זאלסטו אונטערקויפן מיט גוטע זאכן ביז זיי וועלן לערנען און זיך פירן אזוי ווי מען דארף.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס קויפט אונטער די קינדער וואס ווילן נישט לערנען און ער דריידט ארום מיט זיי ביז זיי ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט און מען האט גוזר תענית געווען אבער עס האט נישט גערעגנט, איז א פשוט'ער איד צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך רעד אים צו אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישלעך, ביז ער הייבט אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכדומה, אז זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#235 - וואס דארף איך טון ווען איך זע קינדער פירן זיך נישט ערליך?
חינוך הילדים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


שוין א לענגערע צייט וואס איך האב חושד געווען צוויי קינדער, איינער 12 יאר און דער צווייטער 10 יאר אז זיי באהאלטן זיך און טון עבירות. איך האב זיי אויסגעפרעגט און טאקע באשטעטיגט אז זיי טוען צוזאמען הארבע עבירות רחמנא ליצלן.


איך האב מעורר געווען זייערע עלטערן דערוועגן, אבער זיי האבן מיר אויסגעלאכט און אנגעשריבן אז איך בין נישט גאט'ס פאליציי און איך דארף זיך נישט אריינמישן, און זיי האבן מיר געמאכט בזיונות.


איז מיין שאלה אויב איך דארף עפעס טון ווייטער דערוועגן, אדער זאל איך זיך גיין ווייטער מיין וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט געזאגט פאר די עלטערן און דו האסט געזאגט פאר די קינדער - האסטו שוין געטון דיינס.


יעצט בלייבט איבער צו וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי זאלן נישט פאלן אין עבירות, וואס דאס האלט צוריק די גאולה. אזוי ווי דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו זאגט (פרשת כי תבוא): "איך האב זיך געוואונדערט פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, מיר זעען דאך אז רוב אידן זענען אזוי וואויל און אזוי ערליך, מען איז אפגעהיטן פון עבירות - פארוואס קומט נאך נישט משיח? ביז איך בין געוואויר געווארן אז די בחורים און אינגלעך טוען נעבעך זייער אסאך עבירות רחמנא לצלן און טוען נישט תשובה דערויף, דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#234 - ווי אזוי רעד איך צו מיין בחור ער זאל זיך פירן הייליג?
חינוך הילדים, קדושה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך אז מ'דארף רעדן צו קינדער זיך צו היטן פון פגם הברית. איך און מיין ווייב האבן קיינמאל נישט באקומען קיין הדרכה ווי אזוי דאס צו טון, און מיר ווילן וויסן ווי אזוי מ'רעדט צו קינדער, פון איין זייט צו זיין זייער קלאר און אפן מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט עס טון נאר אויף א צניעות'דיגע וועג.


רוב פון מיינע קינדער זענען נאך אונטער די בר מצוה, דעריבער האב איך נאכנישט גערעדט צו זיי דערוועגן, אבער יעצט האב איך א 13 יעריגער בחור, און איך וויל וויסן ווי אזוי צו רעדן איבער דעם.


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך האב ברוך ה' געהאט די זכות צו מנדב זיין געלט צו דרוקן דעם ספר "עצתו אמונה", ווי אויך האב איך געגעבן פאר'ן נייעם בית הדפוס דא אין ארץ ישראל, אבער וויפיל איך זאל נאר געבן וועל איך קיינמאל נישט קענען באצאלן דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט איז שוין אביסל צו שפעט, מען דארף רעדן צו קינדער ווען זיי זענען נאך קליינע קינדער; פון די דריי יאר דארף מען זיי אויסלערנען צו זיין הייליג, נישט צו לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש. ווען מען גייט מיט'ן קליינעם קינד אין בית הכסא אדער מען באדט אים דארף מען אים זאגן שיינערהייט: "דא לייגט מען נישט די הענט, דער אייבערשטער לאזט נישט", ווען מען זעט דעם קינד לייגן די הענט דארף מען אים זאגן די ווערטער: "עס איז א גרויסע עבירה צו לייגן די הענט, דער אייבערשטער לאזט נישט".


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו וויסן ווי אזוי צו רעדן צו קינדער, מען דארף זאגן פשוט'ע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין טעמים און אן קיין הסברים, מען זאגט די ווערטער: "מען דארף זיין הייליג, מען טאר נישט לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש", און צו קליינע קינדער וואס פארשטייען נישט וואס איז אות ברית קודש זאגט מען זיי אויף זייער שפראך אז זיי זאלן פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות וואס דו העלפסט דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס ברענגען צוריק מענטשן צום אייבערשטן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער; דו זאלסט זוכה זיין צו די ברכה וואס דער זוהר הקדוש געבט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "זָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", איז ער זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.