שאלה אין קורצן ענין
#1353 - מוז איך טאקע טון די גאנצע ארבעט אין שטוב?
שלום בית, רפואה, אידישע שטוב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל גיין הפצה, איך קען עס אבער נישט באווייזן, איך ווייס נישט וואס צו טון, עס באדערט מיר אזוי שטארק; איך ארבעט זיבן שעה, דערנאך מוז איך ארבעטן זעקס שעה א טאג אינדערהיים, איך מוז רוב זאכן טון, אויב איך בין נישט אינדערהיים ווערט גארנישט געטון.


איך וויין ווען איך שרייב, ווייל עס טוט מיר אזוי וויי, מיין ווייב האט קיינמאל נישט קיין כח, און ווען איך קום אהיים פון מעריב זעט די הויז אויס די זעלבע אזוי ווי איך האב דאס איבערגעלאזט; וואס איך טו - ווערט געטון און וואס איך טו נישט - ווערט נישט געטון, איך דארף טוישן די קינדער, צאמנעמען די הויז, מאכן עסן, אפרוימען, און איך האב אפילו מורא איר צו פרעגן אויב איך קען גיין הפצה, ווייל זי קען זיך נישט אן עצה געבן אן מיר.


דער ראש ישיבה זאגט מען זאל טון אזוי ווי ר' אברהם ב"ר נחמן, גיין הפצה און נאכדעם מאכן גוט פילן, אהיימברענגען א גוטע זאך וכו', און אלעס וועט זיין בשלום; איך ווייס אבער נישט ווי אזוי מען טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה מיר מער זאגן ווי אזוי מען געבט כח פאר די ווייב?


וואס קען איך טון אז מיין ווייב זאל האבן כח צו קענען טון זאכן אפילו ווען איך בין נישט אינדערהיים?


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא צייט פאר אלעס, אויב מען וויל טאקע טון הפצה – איז דא צייט פאר דעם אויך.


בנוגע העלפן אין שטוב; מוהרא"ש זאגט, וואס פאר א פרוי נעמט אפאר שעה – נעמט פאר'ן מאן אפאר מינוט. א מאן קען אין צען פופצן מינוט צאמנעמען די שטוב עס זאל זיין ריין. עס דארף דיר נישט נעמען זעקס שעה צו רייניגן די שטוב; איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט אז דו דארפסט ארבעטן נאך זעקס שעה אין שטוב.


נישטא אזא זאך אין די וועלט צו דארפן ארבעטן זעקס שעה צו רייניגן די שטוב; עס זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו ביסט בעצבות און מרה שחורה, דאס מאכט די ארבעט שטייט, ווען מען איז דעפרעסט קען מען גארנישט טון, יעדע קלייניקייט זעט אויס ווי א בארג ארבעט, מען האט נישט קיין כח צו גארנישט.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארבעטן אויף זיין פרייליך; אז דו וועסט זיין פרייליך וועט זיך אלעס איבערדרייען, דו וועסט נישט דארפן קיין זעקס שעה ארבעט אין שטוב, עס וועט דיר נעמען א קורצע צייט אלעס זאל ווערן מסודר.


אויך וועסטו קענען היילן דיין ווייב תחי'; אז דו ביסט נישט פרייליך, ווי אזוי ווילסטו זי זאל זיין פרייליך? אז דו האסט נישט קיין כח ווי אזוי ווילסטו אז זי זאל האבן כח? אז דו וועסט זיין פרייליך, וועסטו האבן כח איר פרייליך צו מאכן, זי וועט שוין האבן כח אינאיינעם מיט דיר צו מסדר זיין די שטוב.


שמחה איז די שליסל צו הצלחה, שמחה איז א רפואה פאר אלע קראנקהייטן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת", אלע מחלות, "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת", קומען דורך דעפרעסיע, "וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", זיין פרייליך איז א רפואה פאר אלעס.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קכט.) רבא איז אוועק געפארן פון שטוב קיין פומבדותא לערנען תורה, "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ, דעמאלט איז זיין ווייב, זי איז געווען רב חסדא'ס טאכטער – קראנק געווארן, זי האט זיך זייער פארקילט, "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר גענומען מיט איר בעט קיין פומבדיתא צו איר מאן רבא און זי איז געווארן אויסגעהיילט; זאגט די גמרא, אז ביי א פרוי, ווען די מאן איז מיט איר – איז זי געזונט. דאס טייטשט, דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב, דו קענסט איר ברענגען צו אירע כוחות. אויב דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט איר אויפבויען, דו וועסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער און האפענונג – וועט זי צוריק קומען צו אירע כוחות, זי וועט קענען מסדר זיין די שטוב און זי וועט קאכן וכדומה, און דו וועסט קענען גיין אביסל הפצה, מזכה זיין אידישע קינדער.


ווילאנג זי דארף דיר אין שטוב זאלסטו אלעס לייגן אין די זייט און איר העלפן. די גרעסטע הפצה וועט זיין אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, דו וועסט אינוועסטירן ביי דיר אין שטוב; אלע וועלן זען ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך.


אז דו וועסט מקיים זיין וואס שטייט אין דעם בריוו, וועסטו זען ווי סאך צייט דו וועסט האבן פאר אלעס, און אויך וועט דיין ווייב האבן א גאנצע רפואה.


 

#1352 - ווי אזוי היט מען זיך פון טערעפיסטן וואס מאכן נאר ערגער?
שלום בית, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א לאנגע צייט א צוהערער פון די שיעורים, בעיקר די קורצע שיעורים "חיזוק יומי", און איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטארק מעורר איבער די ענין פון טערעפיסטן, דערפאר וויל איך שרייבן מיין ערפארונג אין דעם ענין.


איך האב חתונה געהאט פאר צוואנציג יאר צוריק, און קומענדיג פון א שווערע שטוב, וואו מען האט מיר כסדר אראפגעקלאפט, נישט פאר שלעכטיגקייט, נאר מיינע עלטערן האבן זיך אליין אויך געמוטשעט מיט זייערע פראבלעמען, בין איך געווען ממש גייסטיש קראנק פון דעם, און איך האב געהאט שווערע פערסאנאלעטי פראבלעמען, וואס מיין משפחה האט מיר געמאכט גלייבן אז עס איז מיין מאן וואס איז שולדיג אין דעם, און אז ער באהאנדלט מיר נישט ריכטיג און בדרך כבוד. און זיי האבן מיר געשטופט און ממש געצווינגען צו גיין פאר טערעפי, מכלומר'שט צו פאררעכטן מיין מאן, און אים שטעלן אין פלאץ, און אז איך זאל וויסן ווי אזוי 'אראפצושטעלן א פיס', א זאץ וואס איך האב געהערט פון מיין פאמיליע כאטשיג צען טויזנט מאל, און זיך נישט לאזן פון אים.


האלטנדיג יעצט צוואנציג יאר שפעטער, בין איך שוין געווען ביי ארום 25 טערעפיסטן עסקנים און רבנים, און אויסגעגעבן ארום 240,000$ דאלער, און געהאלפן האבן אלע פארשטייט זיך א גרויסע גארנישט!


נאך א נסיון וואס דער באשעפער האט אונז לעצטענס געשיקט מיט א קינד, האב איך ב"ה געטראפן דעם ריכטיגן וועג, מיט דער הילף פון א חשובע אמת'ע ערליכע פרוי, און אויך זיך צוהערנדיג צום ראש ישיבה'ס שיעורים, און זיינע עצות פון תפלה, טייכן הייסע תפלות, האבן מיינע אויגן ענדליך אויפגעלאכטן, איך האב איינגעזען אז דער פראבלעם איז באמת 'איך', און די שווערע יארן אלס קינד האט מיר געשעדיגט, איך האב אנגעהויבן זען ווי מיין מאן האט אזוי שטארק פרובירט אלע יארן צו זיין גוט צו מיר, אבער איך האב אים נישט געלאזט, איך האב אים נאר אראפגעקלאפט די גאנצע צייט, ווייל דאס איז געווען דער געדאנק ווי אזוי מיין משפחה האט עס אראפגעשטעלט פאר מיר, אז מיין מאן איז דער שולדיגער, און איך בין נאר געווען ביזי 'אים' צו פאררעכטן.


ליידער ווייס איך היינט דער פאקט וויפיל צער איך האב גורם געווען צו מיין מאן די אלע יארן, און אויך דער צער וואס איך האב געהאט אלע יארן אין רעזולטאט. אבער נישט איבער דעם וויל איך שרייבן, נאר איבער די צוואנציג יאר טערעפי וואס מיר זענען אדורך, און גענוי אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די דרשות, בין איך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן אלטע מיידלעך פון 50 יאר אלט [... און ...], און איך האב עכט געגלייבט אז זיי גייען פאררעכטן מיין שלום בית און מיר אויסלערנען חינוך פאר די קינדער. מיין מאן פלעגט וויינען אז ער וויל נישט גיין אבער מיין משפחה האט מיר געדריקט צום וואנט אז איך זאל אים צווינגען צו קומען.


איין אלטע מיידל פון 40 יאר [...] האט מיר אפילו געראטן זיך אפצוטיילן פון מיין מאן פאר עטליכע חדשים כדי אים צו צוברעכן. אזוי זענען מיר אויך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן גרושות און גרושים [צווישן זיי ..., און נאך]. איך שרייב ארויס די נעמען פון די טערעפיסטן כדי איבערצוצייגן אז איך זאג דעם אמת, און אז דער ראש ישיבה איז גערעכט.


היינט ווען איך קוק צוריק, זע איך וואספארא צדיק מיין מאן איז געווען, ווי שטארק ער האט נעבעך געליטן פון מיר, און ווי געטריי ער האט פרובירט צו זיין צו מיר אלע יארן, און איך האב אים ממש נישט געלאזט. ער איז אזא צדיק אז ער האט נישט היינט קיין טראפ טענות צו מיר, וויסנדיג אז איך בין געווען א צוקלאפטע קינד, געשטופט דורך מיין משפחה דאס צו טון צו אים.


אבער נאכמער קוק איך צוריק מיט ווייטאג איבער די נקודה פונעם ראש ישיבה, אז די אלע אויסגערעכנטע נעמען פון די טערעפיסטן זענען די סאמע סוקסעספולסטע טערעפיסטן ביי אונזער היימישע עולם, הונדערטער און טויזנטער היימישע קאפעלס גייען צו זיי, און ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט האט מען מיר געגעבן די בעסטע אינפארמאציע אויף זיי, אפילו די באקאנטע ארגאניזאציע ... האט מיר געזאגט אז זיי זענען די בעסטע אין דעם פעלד, און איך זאל גיין צו זיי.


היינט, ווען איך בין שוין ברוך ה' געזונט, קוק איך צוריק און איך שטוין, ווי אזוי האב איך אפילו געמיינט אז אזעלכע מענטשן, וואס זענען די גרעסטע דורכפאל אין זייער אייגענע לעבן, זיי האבן קיינמאל נישט געקענט חתונה האבן, אדער האבן זיי זיך געג'ט, מענטשן מיט פארוויקלטע שווערע פערסאנאלעטיס, וועלן מיר קענען העלפן פאררעכטן מיין שטוב?! העלפן מיט די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים?! ווען זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קינד? זיי ווייסן אפילו נישט וואס מיינט האבן א אייגן קינד.


און איך ווייס אז איך בין נישט די איינציגסטע, נאר הונדערטער אנדערע גייען צו זיי פאר הילף, צי זענען מיר טאקע דער עם חכם ונבון? ווי אזוי לאזן די רבנים צו מען זאל גיין צו אזעלכע מענטשן פאר טערעפי?! שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז יעדער לייסענסד טערעפיסט (אויב מען איז נישט לייסענסד טאר מען ח"ו נישט גיין צו זיי), האט זיך געלערנט יארן אין א גוי'אישע סקול, אויף גוים און א גוי'אישע לעבנסשטייגער, ווי אזוי קענען זיי קומען און נוצן זייערע לערנונגען אויף אונזער היימישע עולם? אויף אונזערע הייליגע קינדער?


אבער אויב זיי וואלטן געקענט העלפן למעשה איינעם ארויסקריכן פון זייערע פראבלעמען, וואלט איך געווען שטיל, נאך אלעם קען מען טענה'ן אז חכמה בגוים תאמין, די תורה זאגט ורפא ירפא אז מען דארף גיין צו א דאקטאר זיך היילן; פאקטיש אבער האט קיין איין טערעפיסט, אפילו די אזוי גערופענע פארהייראטע מיט נארמאלע שטיבער, צו וועם מיר זענען געגאנגען דורכאויס די יארן, ממש גארנישט גארנישט געקענט העלפן, איך געדענק נישט אפילו איין קליינע טראפ הילף וואס איך האב באקומען פון זיי די אלע יארן, אויסער צו אראפשטעלן גרעניצן קעגן מיין מאן, קעגן מיינע קינדער, און מיר אויפגעהעצט קעגן מיין מאן און קינדער, זיך נישט צו לאזן פון זיי, וואס דאס האט נאר געשטערט מיין שטוב ברוחניות וגשמיות.


א שאד אז מ'קען נישט צוריק בעטן קיין געלט פון די טערעפיסטן, אז אויב זיי קענען נישט העלפן באקומט מען צוריק דאס געלט, וואלט איך כאטש געקענט אראפלייגן געלט צו קויפן אן אייגענע דירה. יעדע אנדערע דאקטאר וואס האט ווען אזעלכע שלעכטע רעזולטאטן וואלט מען גערופן אין געריכט און ער וואלט ארויס פון ביזנעס.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל ווייטער רעדן און האקן, אפילו איך שטעל זיך פאר אז דער ראש ישיבה ליידט פאר זיינע רייד, אבער ער איז מציל אזויפיל אידן פון צער.


ווי אויך וויל איך בעטן מיינע טייערע שוועסטער, אידישע מאמעס, הערט אייך צו צו די ווערטער פון ראש ישיבה, נישט בלויז איז עס די תורה'דיגע וועג, נאר די פראקטישע און אמת'ע וועג, איך בין עס דורך און איך קען אייך דאס איבערצייגן. אויב אייערע עלטערן אדער געשוויסטער העצן אייך קעגן אייער מאן, זייט וויסן אז זיי זענען דער יצר הרע אליינס, וואס האט אזויפיל וועגן ווי אזוי ער קומט צו צום מענטש. און יא, צומאל ליידער אויך אין לבוש פון געשוויסטער וואס האבן כלומר'שט רחמנות אויף דיר און ווילן דיר העלפן.


איך האף אז די פירסום פונעם בריוו וועט העלפן אנדערע אידן, און עס זאל זיין א זכות פאר מיין נשמה, און א תיקון אויפן אומבאשרייבליכן צער וואס איך האב גורם געווען פאר מיין מאן אזויפיל יארן.


איר קענט מפרסם זיין דעם בריוו, אבער ביטע ארויסנעמען אלע נעמען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה, וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ, אִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", א מאן קען נישט זיין אן א ווייב, און א פרוי קען נישט זיין אן דעם מאן, און ביידע פון זיי - קענען נישט זיין אן דעם אייבערשטן.


מען קען נישט זאגן אנדערש פון די תורה, די תורה איז חכמתו יתברך, וואס די הייליגע חכמים זאגן – זאגט דער אייבערשטער; ווער עס זאגט אנדערש – איז א פארפירער. די אלע וואס העצן אויף די פרוי קעגן די מאן, אדער פארקערט - די זענען פארפירערס. אך און וויי פאר ווער עס פאלט אריין ביי זיי אין די הענט ה' ירחם, די אלע וואס רעדן איין די ווייב זי זאל נישט היטן די הלכות וכו', אזוי וועט זיך דער מאן צעברעכן וכו' – די האבן נישט קיין תשובה.


מוהרא"ש זאגט, ווען משיח וועט קומען וועט מען זיי הענגען, והוקע אותם, אין אלע גאסן וועלן הענגען די וואס טיילן אפ מענער פון די ווייבער און ווייבער פון די מענער, ווייל זיי פארטרייבן די שכינה הקדושה; די שכינה רוט נאר וואו עס איז דא מאן און ווייב, און זיי זענען גורם אז מען פאלט נאכדעם אראפ אין ביטערע עבירות וואס ברענגען אלע צרות.


עס איז א גרויסע סכנה צו גיין צו טערעפי, אפגערעדט אז עס איז א שאד די געלט, א שאד די צייט; זיי קענען קיינעם נישט העלפן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי אזוי קענען זיי העלפן אנדערע? אלע פון זיי זענען קרויסע קלעצער, פוילע מענטשן, בפרט די פרויען טערעפיסטן וואס האבן משפחות, אנשטאט זיין א מאמע פאר די קינדער, א ווייב פאר'ן מאן, פירן א אידישע שטוב – אנטלויפן זיי פון זייער ארבעט פון דערביטערטקייט; היות עס פאסט דאך נישט, וואס וועט מען זאגן אויף איר? זי קאכט נישט, זי רוימט נישט, זי טוט גארנישט; שטעלט זי זיך אהער ווי א 'חכמת', און צעבראכענע נשמות פאלן קרבנות פאר זיי. אויסער דעם וואס זיי קענען נישט העלפן, איז דאס א סכנה, זיי העצן אויף איינעם אויפ'ן צווייטן, רחמנא לצלן.


פרויען האבן אין זיך א שטארקע מעלה, מער פון מענער; פרויען זענען שטערקער אין אמונה, זיי גלייבן שטערקער; דארפן זיי דאס נוצן בקדושה, גלייבן אין באשעפער, גלייבן אין די תורה און אין צדיקים, נישט ווערן פארקויפט פון נארישע זאכן.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט פון רבינ'ס עצה, פון התבודדות ותפלה, מען וואלט דאס געטון טאג און נאכט; אנשטאט רעדן צו טשאדעלע באדעלע וואלט מען גערעדט צום אייבערשטן, אנשטאט רעדן צו א בשר ודם וואלט מען אלעס דערציילט דעם אייבערשטן – דאס ווערט אנגערופן אין רבינ'ס ספרים "התבודדות ותפלה", א מענטש זאל גיין אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעדן צום אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, אלעס דערציילן, אלע שוועריקייטן, אלע שווערע מידות, שווערע נאטורן. - דאס טוישט די גאנצע לעבן, מען ווערט אמת'דיג מיט זיך אליין.


התבודדות עפנט אויף דעם אמת'ן מענטש, מען הייבט אן זיך קענען, מען הייבט אן זען פאר זיך בערג עבירות, זאכן וואס מען האט קיינמאל פארדעם נישט געוויסט. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א) מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פאר'ן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אנשטאט באשולדיגן דעם מאן, די עלטערן, דעם און יענעם וכו' וכו', - הייבט מען אן זען אז מען דארף זיך אליינס פאררעכטן, 'קיינער איז נישט שולדיג אין מיין לעבן, איך אליין קען זיך מאכן די לעבן גוט אדער שווער', אזוי ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה ג' מחגר) ווען דער גזלן, דער רוצח האט געטראטן אויף די שטויב פון די צדיקים, ער האט אנגעהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, האט ער גלייך אנגעהויבן וויינען און שרייען: "גיוואלד, וואס האב איך געטון די אלע יארן? איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב גע'הרג'עט מענטשן, בא'גנב'עט מענטשן"; דאס קומט ארויס ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, אנשטאט באשולדיגן די עלטערן, דעם מאן, אדער דער מאן באשולדיגט די ווייב – הייבט מען אן תשובה טון, מען פאררעכט זיך. אנדערש איז ווען מען טרעט אויף די שטויב פון די משוגעים, מען קומט אן צו טערעפי; דעמאלט האבן זיי אנגעהויבן באשולדיגן איינער דעם צווייטן: "וועגן דיר האבן איך גע'הרג'עט, דו ביסט שולדיג", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דעם צווייטן; דאס פאסירט מיט דער וואס טרעט אויף די שטויב, ווער עס קומט אן ביי זיי, ער טרעט נאר אריין ביי זיי.


עס האט אייך געקאסט א פערטל מיליאן דאלער די גניבה; אנדערע צאלן נאך מער, מען איז איינגערעדט אין די זאך א גאנץ לעבן. ביים רבי'ן קאסט נישט די זאכן קיין געלט, מען קען רעדן מיט'ן אייבערשטן אן קיין ענדע, אומזיסט, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער נוצט אויס די טעג און יארן מיט דביקות בה' יתברך און איז זוכה צו שפירן די זיסע טעם פון גן עדן, להתענג על השם.


דער אייבערשטער זאל אננעמען אייער תשובה.


 

#1351 - ווי אזוי קענען מיר האבן א גוטע שלום בית?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיין א גוטע ווייב און איך ווייס נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, איך וויין יעדן טאג צום אייבערשטן אז איך וויל זיין גוט צו מיין מאן, ער זאל זיין פרייליך און מיר זאלן זיך ליב האבן, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג פאר מיר ווי אזוי דאס צו באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט, דער יסוד פון שלום בית איז מען זאל זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, עס טאר נישט זיין קיין פחד פונעם צווייטן; אז דער מאן שרייט און רעגט זיך, דארף די פרוי אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך קען נישט נעמען דיין שרייען און צעדרייטע גוסטעס, איך וויל לעבן מיט דיר אן פחדים".


ווען דער מאן הערט דאס איינמאל, צוויי מאל און דריי מאל – וועט ער טראכטן ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב. די ווייב דארף זיין אפן מיט אים, נישט איינגיין אין זיך, לעבן מיט פחד און שרעק.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן די חכמת נשים ווי אזוי אויפצובויען אייער שטוב. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א) "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט איר שטוב; זי געבט גוטע ווערטער פאר איר מאן, זי ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן – זאל זיין וואס זאל זיין. בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אלץ זיין א פרייליכע לופט אין שטוב, איר זאלט אלץ זיין פרייליך, נישט ווערן צעבראכן פון קיין שום זאך, דאס איז די יסודות פון האבן א גוטע שלום בית.


נאכאמאל, זייט אפן מיט אייער מאן, האט נישט מורא צו זאגן אייערע געפילן, האט נישט מורא צו זאגן: "וואס איז מיט דיין גוסטע וכו'?" און ארבעטס צו זיין פרייליך, וועט איר האבן א גוטע שלום בית.


 


 

#1350 - קענען אויך פרויען און מיידלעך זוכה זיין צו רוח הקודש?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, שמחה, תמימות, רוח הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין דא אין קעמפ בית פיגא, איך בין זייער פרייליך צו זיין אויף זומער צוזאמען מיט די פרייליכע ברסלב'ע מיידלעך.


ברוך ה' אז איך האב געענדיגט דעם שבת די זיבן און זיבעציגסטע מאל ספר תהלים.


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה וואו דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווי אזוי מ'קען זוכה זיין צו רוח הקודש דורכ'ן לערנען תורה. האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז אויך דא א וועג פאר א מיידל זוכה צו זיין צו רוח הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי קענען פרויען און מיידלעך אויך צוקומען צו הויכע מדריגות אין עבודת ה', זיי קענען אנקומען צו רוח הקודש און נבואה.


אלע עצות, הדרכות און הנהגות פון רבי'ן זכרונו לברכה איז אויך פאר פרויען און מיידלעך; אדרבה, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, מיר דארפן זיך לערנען צו האבן אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן האבן גאר א שטארקע אמונה.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה כא:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בִּתּוֹ תוֹרָה", ווער עס לערנט מיט זיינע טעכטער תורה, "כְּאִלּוּ מְלַמְּדָהּ תִּפְלוּת", איז אזוי ווי ער לערנט איר נישט גוטע זאכן.


ביי פרויען איז דער עיקר עבודת התפלה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כ:): "וחייבין בתפלה", זאגט רש"י: "דתפלה רחמי היא ומדרבנן היא, ותקנוה אף לנשים ולחנוך קטנים"; אזוי אויך לערנען מיר ארויס אלע הלכות תפלה פון חנה, די מאמע פון שמואל הנביא (שם, לא). אז מען נעמט די עבודה פון התבודדות ערנסט, קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער א הויכע דרגא, ביז רוח נבואה.


אויך איז ביי אידישע פרויען דער עיקר עבודת השם – פירן די שטוב, די גאנצע אידישקייט אין שטוב; די עסן, די כשרות פון די עסן, חינוך הבנים והבנות, אלעס איז איר עבודה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", מיט וואס זענען די פרויען זוכה צו קומען צו עולם הבא? פרויען האבן דאך נישט קיין תורה? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט'ן טראגן די קינדער לערנען און זיי אפווארטן, און מיט דעם וואס זיי העלפן זייערע מענער לערנען און דאווענען, דאס ברענגט זיי צו די העכסטע דרגא.


נאך א וועג צו באקומען רוח הקודש - איז דורך שמחה של מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה אלא מתוך דבר שמחה של מצוה", מען קען זוכה זיין צו השראת השכינה, שפירן דעם אייבערשטן - אז מען פריידט זיך מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.

#1349 - ווי אזוי שטארק איך זיך אויסצופירן זאכן וואס איך וויל?
התחזקות, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט אויספירן קיין זאכן, איך מאך אפ מיט א שטארקייט אז איך גייט טון עפעס, אבער איך ווער פשוט פארלוירן, איך ווער פארנומען מיט אנדערע זאכן, אדער גייט פשוט נישט אזוי ווי איך האב געוואלט, און איך טו עס למעשה נישט. ווי אזוי קען מען זיך האלטן שטארק אויסצופירן זאכן מכח אל הפועל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט דערציילט ווי שטארק ער האט זיך געשטעלט אויף דעם, נישט אפצולאזן וואס ער האט אפגעמאכט צו טון (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קטו): "וְדַרְכּוֹ הָיָה שֶׁהָיָה בּוֹרֵר לוֹ אֵיזֶהוּ דֶּרֶךְ יְשָׁרָה אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ער פלעגט אפמאכן א געוויסע וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וְהִתְחִיל לְהִתְנַהֵג בְּאֵלּוּ הַהַנְהָגוֹת וּבְאוֹתוֹ הַדֶּרֶךְ שֶׁבָּחַר לוֹ", ער האט אנגעהויבן גיין מיט די הנהגות, "וְהָיָה מִתְנַהֵג בְּאֵלּוּ הַהַנְהָגוֹת אֵיזֶה זְמַן", און מיט די הנהגות איז ער געווען שטארק פאר א שטיק צייט, "וְכָל מַה שֶּׁהָיוּ בָּאִים עָלָיו מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת לְבַלְבְּלוֹ מֵהַנְהָגָה זֹאת וּלְהִתְנַהֵג בְּדֶרֶךְ אַחֵר", און ווען עס איז אים אריינגעקומען מחשבות ער זאל אפלאזן די הנהגות און אנהייבן אנדערע הנהגות, "לֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ לְאֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת כְּלָל", האט ער זיי נישט צוגעהערט, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מחשבות, "וְהָיָה דּוֹחֶה אֶת אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת מִדַּעְתּוֹ וְלֹא הִנִּיחָם לִכָּנֵס בְּדַעְתּוֹ כְּלָל", ער האט אוועק געשטופט די מחשבות וואס קומען פארדרייען דעם קאפ: 'טו אנדערש, מאך אנדערש', "רַק הָיָה חָזָק וְאַמִּיץ בְּדַעְתּוֹ מְאֹד", ער איז געווען זייער שטארק, "וְהָיָה הוֹלֵךְ וּמִתְנַהֵג בַּדֶּרֶךְ שֶׁבָּחַר לוֹ אֵיזֶה זְמַן", צו בלייבן מיט די וועג, מיט די קבלות טובות און הנהגות וואס ער האט אפגעמאכט צו טון, "אַךְ אַחַר כָּךְ בְּהֶמְשֵׁךְ הַזְּמַן, אַחַר כַּמָּה שָׁבוּעוֹת, חָזַר וּבָא עַל דַּעְתּוֹ אֵיזֶה מַחֲשָׁבוֹת, שֶׁצָּרִיךְ לְהִתְנַהֵג בְּדֶרֶךְ אַחֵר", נאך א שטיק צייט ווען עס איז נאכאמאל אריינגעקומען אין קאפ די מחשבות אז מען דארף אפלאזן די וועג און טון אנדערש, "וְאָז אַחַר שֶׁכְּבָר עָבַר זְמַן אָרֹךְ, אָז יִשֵּׁב עַצְמוֹ וּבָחַר לוֹ אֵיזֶה דֶּרֶךְ וְסֵדֶר אַחֵר כְּפִי שֶׁהָיָה נִרְאֶה לוֹ אָז", דעמאלט האט ער זיך געמאכט א נייע סדר ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, ווי אזוי עס איז אים דעמאלט אריינגעקומען אין מחשבה צו טון, "אֲבָל לֹא הִנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בְּכָל פַּעַם מֵעֲבוֹדָה לַעֲבוֹדָה וּמִדֶּרֶךְ זֶה לְדֶרֶךְ אַחֵר, רַק הָיָה חָזָק לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ אֶחָד זְמַן גָּדוֹל כַּנַּ"ל", אבער ער האט זיך קיינמאל נישט געלאזט שטערן, טוישן די וועג, אפלאזן די גוטע קבלה וואס ער האט אפגעמאכט; ער איז געבליבן שטארק מיט זיינע סדרים.


זעט מען אז ביים רבי'ן איז דאס אויך געווען א נסיון אין די יונגע יארן; דאס איז איינע פון די וועגן פונעם יצר הרע, ווען ער זעט איינעם אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, קומט ער מיט א וועג יענעם שוואך צו מאכן, יענעם שטערן, יענעם מבלבל זיין 'טו אזוי', 'מאך אזוי', 'מאך יעצט אנדערש'; אבי דער מענטש זאל שוואך ווערן און אפלאזן דעם אייבערשטן.


בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג דעם אייבערשטן ווי שווער עס איז דיר; יעדעס מאל דו מאכסט אפ קבלות טובות, דו מאכסט אפ א וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן - גלייך נאכדעם ווערסטו שוין צעדריידט, דו הייבסט אן טראכטן 'אפשר פארקערט?' און דו לאזט אפ וכו'. בעט אים אין דיין שפראך, רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א גוטער פריינט, וועסטו זוכה זיין צו זיין שטארק אין עבודת השם, אלעס וועט דיר גיין גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1348 - וואס טו איך אז ס'איז מיר שווער צו גלייבן און טראסטן מיין מאן?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לעב ברוך ה' זייער א גוטע לעבן מיט מיין מאן, מיר האבן מער ווייניגער א גוטע שלום בית, אבער גלייך נאך אונזער חתונה האט מיר מיין מאן געזאגט אסאך ליגנט כדי איך זאל זיין צופרידן פון אים, און נאך א שטיק צייט האב איך גערעדט צו אים אפן און אים מסביר געווען אז ער מוז נישט זיין פונקט ווי מיר און איך האב אים נאכאלץ ליב, אבער ווען ער זאגט ליגנט מאכט עס איך זאל אים קיינמאל נישט גלייבן אפילו ווען ער זאגט יא אמת. ער האט זייער געוויינט און געזאגט אז עס איז נישט א זאך וואס ער וויל טון, ער האט זיך נאר צוגעוואוינט אזוי.


ער האט מיר זייער גוט פארשטאנען און פון דעמאלט ארבעט ער זייער שווער נישט צו זאגן קיין ליגנט. דער פראבלעם איז אבער אז יעצט איז מיר שוין זייער שווער אים צו גלייבן און טראסטן, איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א גרויסע פראבלעם ביי אסאך שטיבער, עלטערן לייגן א פחד אויף די קינדער און דאס מאכט חרוב די שטוב; עלטערן פארשטייען נישט אז זיי לייגן צוגרינד די קינדער מיט'ן לייגן א פחד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", מען זאל נישט ווארפן א שרעק אין שטוב אויף די ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בַּגִּבְעָה הֵטִיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה, וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל", ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה, ווי צענדליגער טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, האט זיך אנגעפאנגען דורך א מאן וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב. נאך זאגן חז"ל (שם): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א פחד אין שטוב אויף די ווייב און קינדער, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת: גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גלוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת. רש"י געבט דאס צו פארשטיין, עס וועט קומען די צייט וואס זי דארף זיך מטהר זיין און זי וועט מורא האבן אים צו זאגן 'איך בין נאכנישט געגאנגען' וועט זי אים צוברענגען צו איסור נדה, דאס איז גילוי עריות; אויך וועט זי אוועק לויפן, זי וועט אריינפאלן אין א גרוב אדער אראפפאלן פון א בריק, דאס איז שפיכות דמים; און די ווייב און קינדער וועלן פון פחד אנצינדן די ליכט אדער ענדיגן קאכן פון גרויס פחד, דאס איז חילול שבת.


נאך זאגן חז"ל (שם, ז.): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", מען זאל נישט לייגן קיין פחד אין שטוב, "שֶׁהֲרֵי אָדָם גָּדוֹל הִטִּיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווייל אז מען לייגט א פחד אין שטוב קומט מען צו טון עבירות, אמאל האט א גרויסער צדיק געלייגט א פחד אין שטוב, "וְהֶאֱכִילוּהוּ אֵבֶר מִן הַחֵי", און מען האט אים געברענגט צו עסן אבר מן החי, זיי האבן נישט געטראפן די כשר'ע פלייש, זיי האבן מורא געהאט ער וועט שרייען האבן זיי געשניטן א שטיק פלייש פון א לעבעדיגע בהמה און אים דאס געברענגט.


ליידער זענען דא אסאך עלטערן וואס לייגן א פחד אין שטוב אויף די ווייב און קינדער, דאס מאכט אז די קינדער זאלן זיך צוגעוואוינען לעבן א דאפלטע לעבן, די גאנצע מח גייט נאר ווי אזוי מען קען אויספאפן, ווי אזוי צו זאגן ליגנט, זיי ווערן אזוי צוגעוואוינט צו זאגן ליגנט אז זיי קענען שוין נישט רעדן גראד, אלעס איז מיט ליגנט, אלעס איז פארדריידט.


אז איר האט נישט קיין טראסט אין אייער מאן, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם. נעמט די עצה פון רבי'ן, דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה תפילה והתבודדות, א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אין א שטילע פלאץ אויף די אייגענע שפראך, די שפראך וואס מען רעדט, מען זאל רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


דערציילט דעם אייבערשטן די זאך פון אייער מאן, ווי ער זאגט אלץ ליגנט און עס איז אייך שווער צו לעבן מיט דעם פרט, בעטס דעם אייבערשטן אייער מאן זאל זיין גראד, ער זאל נישט ארומדרייען; תפילה והתבודדות איז זייער שטארק, עס קען איבערדרייען א מענטש פון שלעכט צו גוט עס קען אינגאנצן טוישן דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1347 - ווי אזוי שטעלט מען איין דרך ארץ אין קלאס, אן שלאגן?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד שוין זיבן יאר צום גוטן, איך לערן מיט די קינדער און איך בין ברוך ה' זייער מצליח. איך וויל נישט שטערן און אוועקנעמען די טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער איך שפיר אז איך בין א שליח ציבור פון די 24 קינדער וואס לערנען ביי מיר, און איך טאר זיך נישט צוריק האלטן פון פרעגן.


דאס איז איבער דעם ענין פון שלאגן קינדער, איך פארשטיי אז דער ענין איז זייער פארדרייט געווארן ביי מלמדים, סיי אז מ'האט געשלאגן פון כעס אן דעם וואס דאס קינד זאל אפילו וויסן פארוואס ער כאפט, און סיי אז מ'האט געשלאגן קינדער ווייל זיי האבן נישט געקענט דאס לערנען אדער פאר'ן זיך פאר'חלומ'ן, און אזוי ווייטער.


איך אלס מלמד האב אויך געגעבן פעטש פאר קינדער, אבער נאר פאר חוצפה, און אויך נאר ווען איך בין נישט אין כעס, און אויך ווען דאס קינד ווייסט פארוואס ער באקומט עס. געווענליך פלעג איך עס טון נאר אנהויב יאר, ווען עס מאכט זיך אלץ דער ערשטער מחוצף וואס וויל אויספרובירן דעם מלמד, אדער צומאל עטליכע, און זיי האבן געכאפט און נאכדעם האבן שוין אלע קינדער געוואוסט אז חוצפה איז נישט אקצעפטירט אין דעם קלאס.


דאס יאר האב איך מאיזה סיבה שיהיה פארקוקט אנהויב יאר, און איך האב נאר גערעדט, "הער אויף", "רעד נישט ווען א רבי רעדט", "מען קען נישט זיצן אויפ'ן רבינ'ס פלאץ", אבער למעשה האב איך פארשפילט דאס יאר, עס איז געווען א יאר פון חוצפה, איך האב שטארק חרטה געהאט פארוואס איך האב נישט איינגעשטעלט סדר אין כיתה אנהויב יאר, אבער עס איז צו שפעט יעצט, די כיתה פארט שוין אויף רעדער.


איך וויל הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון די קומענדיגע יאר הבעל"ט, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם, איך הער אז דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, און אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו שלאגן קיין קינדער, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שלאגן קינדער. בדרך כלל, ווען קומט אויס א מלמד זאל שלאגן קינדער? ווען דער מלמד איז נערוועז און אנגעצויגן, ער איז נישט געשלאפן געהעריג ביינאכט, ער איז הונגעריג וכדומה, דעמאלט פאסירן די אלע מעשיות פון שלאגן קינדער השם ישמרינו; קינדער פרובירן אויפצורעגן דעם מלמד, זיי טוען ווילדע זאכן, זיי ווילן זען אויב עס גייט זיי געלונגען אויפצורעגן דעם מלמד; אויב דער מלמד פארלירט זיך און שלאגט די קינדער - דאן האט ער אלעס פארלוירן, ווייל די קינדער זעען אז מען קען אים אויפרעגן און אים ארויסנעמען פון די גלידער, גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג, די פעטש שטעלט זיי נישט אפ.


דעריבער ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף יח) אז א מלמד טאר זיך נישט מסגף זיין; מען דארף גוט עסן און גוט שלאפן, זיין זאט און אויסגערוט, כדי צו האבן אייזערנע נערווען פאר די קינדער. א מלמד וואס איז גוט אויסגערוט און גוט זאט, ווען א קינד וויל אים אויפרעגן - פארלירט ער זיך נישט, ער ווערט נישט נערוועז, ער שלאגט נישט, אדער מאכט ער זיך ווי ער זעט נישט. רוב מאל איז דאס די וועג מיט די קינדער וואס זוכן צו אויספרובירן דעם מלמד, מען זאל זיך מאכן ווי מען זעט נישט, מען זאל ווייטער אנגיין מיט די סדר היום, און ווען דער קינד זעט אז ער האט נישט מצליח געווען - הערט ער אויף צו שטערן, און ווען מען דארף יא זאגן, מען קען נישט פארזען - דעמאלט געבט מען א קנס אדער באקומט נישט דער קינד א גוטע זאך וכו'; אבער ער שלאגט נישט, ער האלט זיך רואיג.


די שטערקסטע זאך וואס א מלמד קען טון מיט קינדער וואס מען דארף זיי לערנען דרך ארץ וכדומה - איז נישט ארויסלאזן ביי הפסקה; מען הייסט זיי בלייבן זיצן אין כתה דורכאויס די צייט וואס די קינדער גייען זיך שפילן, דאס שטעלט א קינד אין פלאץ. פארשטייט זיך דער קינד וועט פרובירן אלע מיטלען צו קענען גיין שפילן, ער וועט שרייען, ער וועט וויינען און פארפירן, אבער אז דער מלמד בלייבט שטארק, ער ווערט נישט פארלוירן, ער זאגט דעם קינד: "היינט האסטו געשטערט די כתה, קענסטו נישט ארויסגיין שפילן", "היינט ביסטו געווען נישט דרך ארץ'דיג - וועסטו בלייבן דא"; דער קינד וועט וויינען, ער וועט ווילדעווען אבער ער וועט זיך בארואיגן און ביז אפאר מאל וועט ער פארשטיין אז ער דארף זיך פירן מיט דרך ארץ.


נאך א וויכטיגע זאך צו וויסן, מען טאר נישט ווייזן פארלוירנקייט פאר די קינדער. אז דער קינד הייבט אן פארפירן, ער קען נישט נעמען די עונש, די קנס וכו'; אז דער מלמד ווערט שוואך און ער זאגט פאר'ן קינד: "אוקעי, יעצט קענסטו גיין, איך בין דיר מוחל", האט דער מלמד פארלוירן אלעס, ער האט גארנישט אויפגעטון; די קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם מלמד איז א ווארט, אז מען האט אים געזאגט בלייבן אין כתה בלייבט עס אזוי, מען זאגט רואיגערהייט פאר'ן קינד: "מארגן וועסטו קענען גיין שפילן".


פארשטייט זיך מען דארף האבן שכל, מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס; ווען יא צו געבן אן עונש און ווען נישט; נישט אויף יעדע זאך געבט מען אן עונש, אבער ווען מען געבט שוין יא, דארף מען זיין זייער שטארק מיט דעם.


עס איז זייער א גוטע זאך אז מלמדים און מחנכים זאלן געבן פרסים, און מיט דעם קען מען אויך אויפטון זיי מחנך זיין אויף דרך ארץ. די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג, זיי באקומען, און א קינד וואס פארפירט און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף - ער באקומט נישט די פרס, פרסים איז א שטארקע מיטל פאר'ן מלמד.


אויב א קינד שטערט די לימודים מיט א זאך וואס ער האט געברענגט פון שטוב - נעמט מען אוועק די זאך און מען געבט דאס נישט צוריק פאר אפאר טעג, אזוי לערנט ער זיך אויס נישט צו שטערן מער, אפילו דער קינד קומט וויינען און שרייען אז ער דארף צוריק די שפיל, לערנט מען אים אויס, מען זאגט אים: "ניין, דו באקומסט נישט צוריק די שפיל; האסט געשטערט דאס לערנען וועסטו דאס נישט קענען האבן פאר א וואך". אזוי און דאס גלייכן קען מען מחנך זיין די קינדער, אבער נישט שלאגן; שלאגן איז בכלל נישט קיין חינוך, שלאגן מאכט נאר ערגער, שלאגן ווייזט אז דער מלמד איז שוואך און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אין כתה.


א מלמד דארף זיין זייער שטארק שטענדיג געדענקען דעם כלל וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מא.): "שמאל דוחה וימין מקרבת", פון איין זייט זיין שטארק, אבער אין די זעלבע צייט - זיין ווייך, ווייזן א שטארקע ליבשאפט פאר די קינדער. דער מלמד דארף געדענקען אז די כתה איז נישט קיין תפיסה, די תכלית איז נישט איינצושפארן די קינדער, בינדן די קינדער מיט קייטן, זיי זאלן שפירן ווי זיי זיצן אין תפיסה, די כתה דארף זיין אין די אויגן פונעם מלמד און ביי די קינדער - ווי א פאלאץ, די חדר איז די פאלאץ פונעם אייבערשטן; אין כתה לערנט מען פונעם אייבערשטן, דער מלמד דארף שטענדיג רעדן צו די קינדער אז דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, און ער איז אלעס.


אז מען שטעלט אוועק די כתה אויף דעם אופן דארף מען בכלל נישט שלאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.

#1346 - ווער איז דער צדיק האמת?
חסידות ברסלב, צדיקים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין ברסלב רעדט מען אסאך פון א צדיק, פונעם צדיק האמת, דער צדיק איז דער ראש בית, און אזוי ווייטער איבער די גרויסקייט פונעם צדיק. וויל איך פרעגן אויב די אלע דיבורים גייט ארויף נאר אויפ'ן הייליגן רבי'ן, אדער אויך אויף זיינע שפעטערדיגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע, און די אנדערע תלמידים פון רבי'ן וואס ברענגען אריין זיינע לימודים אין די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות שלוחין, הלכה ה), דער צדיק אמת לאזט איבער נאך זיך אין יעדן דור תלמידים וואס זיי ברענגען אריין די אמונה; אין יעדן דור איז דא צווישן זיינע תלמידים א ראש בית וואס ער ברענגט אלעמען צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, ווען רבי נתן איז נסתלק געווארן האבן אנשי שלומינו געזאגט אז רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה - ער איז דער ראש בית פון דעם דור, און אזוי גייט עס אין יעדן דור, די אמת'ע תלמידים פון רבי'ן וואס האבן מקבל געווען דעם רבינ'ס וועג - זיי זענען די ראש בית פונעם דור, זיי זארגן עס זאל זיין א בית, עס זאל נישט זיין אזוי ווי דער נביא קלאגט (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת", עס וואלגערן זיך הייליגע נשמות אין די גאסן, ווייל אז עס איז נישט דא קיין ראש בית וכו' - ווערן פארפאלן אידישע קינדער; אזוי ווי עס פאסירט אין אונזער דור, אידישע קינדער בני הנעורים גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, קיינער זארגט נישט פאר זיי.


קוק אריין אין די תפילה ווי רבי נתן בעט זיך ביים אייבערשטן (ליקוטי תפילות חלק ב', תפלה לג): "'וְזַכֵּנוּ בְּרַחֲמֶיךָ הָעֲצוּמִים, שֶׁנִּזְכֶּה לֵידַע בֶּאֱמֶת מִי הוּא הָרֹאשׁ בַּיִת שֶׁל הָעוֹלָם עַתָּה, אֲשֶׁר מְקַבֵּל כֹּחַ מֵהַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים הָאֵלֶּה',  העלף מיר רבונו של עולם מיט דיין גרויס רחמנות איך זאל וויסן ווער איז דער ראש בית אין די היינטיגע צייטן, וואס ער האט מקבל געווען די כח פון די הייליגע צדיקים"; ווייל אז עס איז דא א ראש בית ווערן אלע דבוק צום אייבערשטן, ווייל ער איז מגלה ומפרסם פאר די גאנצע וועלט דעם צדיק און אלע ציען זיך צום צדיק, עס בלייבט נישט פארפאלן קיין איין נשמה.


וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם צדיק אמת, דער הייליגער רבי, וואס דורך דעם ווערט דער אייבערשטער פארשפרייט אין די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1345 - מעג איך האבן א קאמפיוטער אינדערהיים זיך צו לערנען א פאך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די וואונדערליכע שיעורים און בריוו וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן.


איך האב א קאמפיוטער אינדערהיים, מיט א גוטע פילטער, איך נוץ דאס פאר מיין ארבעט, און יעצט לערן איך זיך אויך אויף דעם א קורס פאר מיין פאך, און דאס גייט דורכ'ן אינטערנעט.


יעצט האב איך געזען אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מ'זאל נישט אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים, ספעציעל פאר די חינוך פון די קינדער, איז מיין שאלה וואס איך טו יעצט, איך האלט אינמיטן א לאנגע קורס, וואס וועט זיך ענדיגן אין צוויי יאר ארום, און איך לערן דאס אין די נאכט שעות אינדערהיים, איך האב שוין אינוועסטירט אין דעם פאך אסאך יארן און אסאך געלט זיך צו לערנען, און ס'איז ממש א שאד איך זאל עס איבערלאזן אינדערמיט, איך האב אבער נישט קיין אנדערע פלאץ וואו זיך דאס צו לערנען ביינאכט אינדרויסן פון מיין הויז. וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך ענדיגן לערנען די פאך ביי דיר אין שטוב.


אז דו וועסט אכטונג געבן נישט צו נוצן דעם קאמפיוטער נאר אויף זיך צו לערנען די פאך - וועט דיר נישט שאטן; אז דו וועסט דאס נוצן פאר אנדערע זאכן, קוקן אויף דעם זאכן - דאס מיינט מוהרא"ש אז עס קען שאטן פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זעל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1344 - ווי אזוי שפירט מען א טעם אין תורה, ווען מאוויס איז מיר געשמאקער?
לימוד התורה, מאוויס, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז איך קען נישט מיך נישט קאנצעטרירן צו לערנען, איך האב א חברותא ביינאכט אבער מיין קאפ פליעט מיר ארום.


איך שפיר נישט קיין הנאה אין לערנען, איך פיל נאר א געשמאק אין קוקן מאוויס און שלעכטע זאכן. איך וויל אויפהערן ווייל מיינע קינדער ווען שוין עלטער, איך בין זייער שטארק מקנא ווען איך זע מענטשן לערנען אין בית המדרש מיט געשמאק, אבער ווען איך זעץ זיך לערנען איז עס מיר זייער שווער און מיין קאפ פליט שנעל אוועק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליין איבער דיין שאלה, וועסטו זען אז אין די ווערטער פון די שאלה - ליגט די ענטפער. דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין געפיל צו לערנען, דו קענסט זיך נישט קאנצעטרירן, דיין קאפ פליט אוועק ביים לערנען, דו ווייסט נישט וואס צו טון; א שורה נאכדעם שרייבסטו אז דו האסט א געפיל אין קוקן מאוויס, - דאס איז די ענטפער; ווייל אז דו קוקסט מאוויס, דו היטסט נישט דיינע אויגן, דו קוקסט עבירות רחמנא לצלן - נו, וואס ווילסטו? וואס טראכסטו, נאכן קוקן עבירות ווילסטו שפירן א טעם אין לערנען און דאווענען? קוקן ניאוף פארשטאפט די הארץ און די מח, מען קען נישט שפירן קיין טעם אין רוחניות אז מען היט נישט די אויגן.


אז דו ווילסט שפירן א טעם אין עבודת השם, אז דו ווילסט שפירן א טעם אין לערנען די הייליגע תורה - זאלסטו אוועק ווארפן דיינע כלים אויף וואס דו קוקסט עבירות. זיי מקיים די מצוה וואס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים יב, ג): "וְנִתַּצְתֶּם אֶת מִזְבּחֹתָם וְשִׁבַּרְתֶּם אֶת מַצֵּבֹתָם, וַאֲשֵׁרֵיהֶם תִּשְׂרְפוּן בָּאֵשׁ, וּפְסִילֵי אֱלֹהֵיהֶם תְּגַדֵּעוּן, וְאִבַּדְתֶּם אֶת שְׁמָם מִן הַמָּקוֹם הַהוּא"; די כלים איז א שטיק עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים; צעברעך די כלים, ווארף אוועק די געטשקעס און זאלסט זיך אסאך אויסוויינען צום אייבערשטן ביי ברכת התורה: "וְהַעֲרֶב נָא ה' אֱלֹקֵינוּ אֶת דִּבְרֵי תוֹרָתְךָ בְּפִינוּ וּבְפִיּוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְֹרָאֵל", הייליגער באשעפער מאך מיר זיס דיין תורה, מאך מיר געשמאק דיין תורה, "וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ", איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר און מיינע קינדער, "וְצֶאֱצָאֵי צֶאֱצָאֵינוּ", און מיינע אייניקלעך, "כֻּלָּנוּ יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ וְלוֹמְדֵי תוֹרָתֶךָ לִשְׁמָהּ", אלע זאלן מיר וויסן פון דיר, דיר דינען און לערנען די הייליגע תורה.


אויך זאלסטו זיך גוט אויסוויינען ביי די ברכה פון אהבת עולם. מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, ברכת אהבת עולם): "וּצְרִיכִים לִשְׁפֹּךְ דְּמָעוֹת כַּמַּיִם בְּאָמְרוֹ וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ", מען דארף זיך אויסוויינען, גיסן טייכן טרערן ביי די ווערטער והאר עינינו בתורתך, "כִּי הַכֹּל תָּלוּי בִּקְדֻשַּׁת הָעֵינַיִם", ווייל אלעס ווענדט זיך אין די אויגן; "כִּי אִם אֵין הָאָדָם נִזְהָר בִּשְׁמִירַת הָעֵינַיִם רַחֲמָנָא לִישֵׁזְבָן", אויב מען היט נישט די אויגן, "וּמִסְתַּכֵּל בִּמְקוֹמוֹת הַמְזֹהָמִים", מען קוקט אין שמוציגע פלעצער, "עַל יְדֵי זֶה נֶחֱשָׁכוֹת עֵינָיו", ווערט פארטונקלט די אויגן, "וְאֵינוֹ זוֹכֶה שֶׁיָּאִירוּ עֵינָיו בַּתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", מען איז נישט זוכה צו זען די ליכטיגקייט פון די תורה, "כִּי מִי שֶׁפּוֹגֵם בְּעֵינָיו, אֵינוֹ זוֹכֶה שֶׁיִּצְטַיֵּר לוֹ הָאוֹר לִבְרָכָה", ווייל אז מען היט נישט די אויגן קען מען נישט האבן קיין געפיל אין די תורה.


גיי אביסל התבודדות, רעד צום אייבערשטן; בעט אים דו זאלסט האבן די כוחות צו היטן דיינע אויגן, בעט אים אויף דיין אייגענע שפראך דו זאלסט שפירן א טעם אין לערנען, בעט אים אזוי לאנג ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט וואס ליגט אין די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1343 - וואו זאל איך איינשטיין ראש השנה אין אומאן?
אומאן, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק גיין צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. איך האב שטארק חשק צו זיין דארט מיט'ן קיבוץ פון תלמידי היכל הקודש אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, דער פראבלעם איז אבער אז איך קען קיינעם נישט דארט פערזענליך, און פון די אנדערע זייט האב איך א קרוב וואס גייט אויך קיין אומאן, און איך קען איינשטיין וואו ער איז, אבער נישט מיט היכל הקודש.


מיין טאטע איז אויך נישט אזוי צופרידן אז איך פאר קיין אומאן, און ס'זעט מיר אויס אז ער וועט שפירן מער רואיגער אויב וועל איך גיין צוזאמען מיט דעם קרוב.


וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז איך זאל טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר עטס - מיינע תלמידים - זענט איר תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


עס איז דא אסאך התנגדות אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה, היינט איז שוין דא התנגדות אויך פון אינעווייניג, עס זענען דא וואס זאגן אין ברסלב אליינס אז מען זאל נישט קומען צום רבינ'ס קיבוץ; קוק נישט אויף קיינעם, בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זוכה זיין צו זיין ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן - וועסטו זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי איז מתקן.


דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים, כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס ער קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


וואו צו זיין אין אומאן - דאס מאכט נישט אויס; גיי וואו עס איז דיר מער באקוועם, דער עיקר זאלסטו קומען קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1342 - מעג איך נעמען א פרוי צו מאכן מיט מיר פיזיקל טערעפי?
צניעות, קדושה, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צובראכן מיין האנט, געלויבט דעם אייבערשטן אז עס היילט זיך שוין אויס, איך דארף אבער גיין יעצט צו פיזיקל טערעפי צו קענען אנהויבן צוריק זיך באנוצן מיט דעם האנט.


מיין שאלה איז, איך קען האבן קומענדיגע וואך א פרוי וואס וועט מאכן מיט מיר די פיזיקל טערעפי, אדער דארף איך ווארטן נאך א וואך פאר א מאן; וואס זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, זאל איך ווארטן א וואך, אדער עס פעלט נישט אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארט נאך א וואך צו האבן די טערעפי דורך א מאן; עס לוינט זיך צו ווארטן צו האבן א מאן אלס א טערעפיסט, דו וועסט מער הנאה האבן, דו וועסט זיך איינשפארן קאפ וויי.


רבי נתן דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיד): "איך בין אמאל געווען ביים רבי'ן, איך האב פארשטאנען אז דער רבי וויל מיר עפעס זאגן, ער וויל עפעס מגלה זיין אבער עס איז שווער פאר'ן רבי'ן דאס צו מגלה זיין, אזוי ווי עס איז שטעדיג געווען ביים רבי'ן, ווען דער רבי האט געוואלט עפעס מגלה זיין איז דאס געווען זייער שווער, איך בין געגאנגען מיט'ן רבי'ן, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן: 'סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן'; איך האב פארשטאנען פון רבי'ן, פון די תנועות וואס דער רבי האט געמאכט, ווי ווייט מען איז פוגם מיט איין שלעכטע הרהור, 'שֶׁפּוֹגֵם מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן, וְאִי אֶפְשָׁר לְצַיֵּר זֹאת בִּכְתָב'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שנעלע רפואה.

#1341 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו געבן גוטע ווערטער פאר מיין ווייב?
שלום בית, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר מחזק טאג טעגליך, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א לערן איך יעדן טאג גמרא און משניות, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב ליידער נישט אזא גוטע שלום בית, אזוי ווי איך האב נישט געהאט קיין גוטע חתן מדריך, וואס האט מיר נישט ריכטיג אויסגעלערנט ווי אזוי צו האנדלען מיט א ווייב.


איך האב נאך אין אנהויב געשפירט אז איך האב נישט באקומען קיין ריכטיגע הדרכה, און נאך ביז היינט איז מיר שווער ווי קריעת ים זאגן צו זאגן פאר מיין ווייב א פשוטע גוט ווארט, ווי למשל "איך האב דיר ליב", און אזוי ווייטער. איך ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די ווערטער קענען ממש נישט ארויסקומען פון מיין מויל.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן אן עצה וואס צו טון.


ביטע נישט לייגן די שאלה אין "עצתו אמונה".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך אז עס איז דיר שווער צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, דו קענסט נישט ארויסרעדן פון מויל פשוט'ע ווערטער צו דיין ווייב - דאס איז נישט דער פראבלעם פון דיין חתן מדריך, מען דארף נישט קיין חתן מדריך צו וויסן אז מען דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, דאס איז א שכל'דיגע זאך צו געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, צום ביישפיל: "איך האב דיר ליב", "ביסט אזוי שיין", "ביסט מיין לעבן", וכדומה לזה.


אז דו ווילסט קענען רעדן צו דיין ווייב, דו ווילסט איר קענען געבן גוטע ווערטער - זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות. געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס ליגט אויף דיין הארץ; אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן וועסטו קענען רעדן צו מענטשן, רעדן צום אייבערשטן געבט זעלבסטזיכערקייט, עס העלפט אז דער מענטש זאל זיך קענען עפענען.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלב) עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו וואס פלעגט קומען אסאך צום רבי'ן, ער האט געהאט זאכן וואס ער האט געוואלט רעדן מיט'ן רבי'ן, אבער ער האט זיך נישט געקענט עפענען דאס מויל צו רעדן מיט'ן רבי'ן וואס ליגט אים אלץ אויפ'ן הארץ, ביז איין מאל איז אים אויסגעקומען צו באדינען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט וועל איך רעדן, איך וועל אלעס דערציילן דעם רבי'ן', אבער די מויל האט זיך אים נישט געעפנט. דער רבי איז דעמאלט געווען אויפ'ן וועג אהיים פון זיך וואשן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן (פון זיך אליינס): "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


פארוואס זאלסטו נישט נעמען די עצה פון התבודדות? די עצה איז אן עצה פאר אלע פראבלעמען; וואס עס גייט אריבער, יעדע שווערע זאך - רעדט מען אויס צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך מען זאל אים העלפן.


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פרט טאג נאך טאג, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


איך לייג יא אריין די שאלה אין ספר עצתו אמונה, פארוואס זאלן נישט נאך מענטשן מיט'ן זעלבן פראבלעם האבן אן עצה אויף דעם? זייער אסאך וואס שרייבן זייערע שאלות בעטן מען זאל נישט אריין לייגן זייער שאלה און תשובה אין ספר עצתו אמונה, אויב איז דאס א שאלה און תשובה וואס אנדערע קענען הנאה האבן און נעמען חיזוק, נעם איך ארויס די פרטים פון די שאלה אז קיינער זאל נישט כאפן פון וועם מען רעדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1340 - מעג איך מנדב זיין פאר אשר בנחל, אין די צייט וואס איך בין שולדיג חובות?
חובות, אשר בנחל, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן; אויב איך האב חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, מעג איך געבן געלט צו דרוקן "אשר בנחל"? און אויב יא, דארף מען געבן פאר א גאנצע ספר, אדער איז גענוג צו געבן א חלק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פרעגן נאך שטערקער; אויב איינער וויל מנדב זיין געלט פאר אשר בנחל אויב ער מעג גיין איינברעכן אין א הויז גנב'נען געלט צו קענען דרוקן אשר בנחל, אדער גיין שטילערהייט ארויסנעמען געלט פון איינעמס טאש צו קענען דרוקן אשר בנחל; וואס טראכסטו, וואס וואלסטו געזאגט, מען מעג? איז דאס בכלל א שאלה?! אודאי טאר מען נישט! מען טאר נישט גנב'נען אפילו מען וויל טון מצוות, דאס איז א מצוה הבאה בעבירה.


אזוי איז ווען איינער איז שולדיג געלט פאר אנדערע, יעדע פרוטה וואס ער האט דארף ער קודם צוריקצאלן פאר זיינע בעלי חובות; ער טאר אפילו נישט געבן קיין מעשר, די מעשר געהערט פאר די בעלי חובות.


אז דו האסט א געפיל אין ספר אשר בנחל זאלסטו טון וואס מוהרא"ש חזר'ט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל, מען זאל באצאלן חובות; אז מען האט נישט קיין געלט זאל מען גיין צאמנעמען געלט צו קענען באצאלן די חובות, עס איז נישט קיין בושה צאמצונעמען געלט ווען מען האט נישט צו באצאלן, א בושה איז בארגן אן קיין חשבון, זיין שולדיג חובות - דאס איז א חרפה און בושה; א בושה איז ווען מען קומט געלט פאר בעלי חובות און מען געבט צדקה, מען האלט זיך ווי א שיינער איד, דאס איז די גרעסטע בושה.


עס איז וויכטיג צו באמערקן אז ווען מען רעדט פון חובות מיינט דאס נישט א מארטגידזש, אז מען האט א מארטגידזש (משכנתא); דאס איז אזוי ווי רענט, דאס צאלט מען צוביסליך יעדע חודש, אזוי אויך אז מען האט געבארגט פון גמ"ח און עס גייט אראפ חודש'ליך פונעם באנק אקאונט, דאס איז עפעס אנדערש; מען רעדט פון חובות, פון זיין שולדיג פאר מענטשן, עס איז שוין לאנג אריבער דער זמן הפרעון און אנשטאט באצאלן געבט מען צדקות, דאס איז גניבה וגזילה.


אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דיין חיות איז דער רבי, דיין וועג ווייזער איז דער רבי - זאלסטו אכטונג געבן פון יעצט מער נישט צו בארגן און שוין מאכן א פלאן ווי אזוי צו באצאלן די אלטע חובות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1339 - בין איך מחויב צו גיין צו מיינע עלטערן אויף שבת?
שלום בית, שבת קודש, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט אזוי ליב צו גיין צו מיינע עלטערן בכלל, און ספעציעל נישט אויף שבת, איך קום זיך נישט אויס מיט זיי, און שבת איז דארט די אטמאספער ממש ווי תשעה באב. ווידער ביי מיין שווער און שוויגער איז זייער געשמאק, און איך האב זייער ליב דארט צו זיין.


יעדן דאנערשטאג דארף איך זיך פריש ברעכן קאפ צו זוכן תירוצים זיך ארויסצודרייען פון צו גיין צו מיינע עלטערן, און איך שפיר אויך אז מיין מאמע לאדענט אונז אויף שבת נאר ווייל זי טראכט וואס מענטשן וועלן זאגן אויב מיר וועלן נישט קומען, און וואס וועט איר שנור טראכטן, און אזוי ווייטער, נישט ווייל זי ווארט טאקע אויף אונז.


אלנפאלס, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז איך וויל נישט גיין צו זיי, און איך בין נישט מחויב צו גיין צו זיי, זי טענה'ט אבער אז מיר דארפן זיי מכבד זיין און יא גיין, נישט אלץ דארף מען טון וואס ס'איז געשמאק, מ'דארף טון וואס מ'האט צו טון.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן די ריכטיגע וועג וואס צו טון, ווייל איך טראכט אויך אז זי איז גערעכט, אבער יעדער מאל איך קום צוריק פון דארט, בלייב איך מיט א שלעכטן טעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען טוט נישט וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס מען דארף צו טון; אז דיינע עלטערן ווילן דו זאלסטו קומען - זאלסטו גיין צו זיי, און אז די לופט דארט איז נישט פרייליך - זאלסטו עס פרייליך מאכן, זאלסט זינגען שיינע זמירות און דערציילן שיינע מעשיות מיט שיינע תורות אויף די פרשה.


נעם דעם רבינ'ס ווערטער און טו עס אן מיט אנדערע קליידער; דאס הייסט, דו קענסט עס נאכזאגן אין נאמען פון 'צדיקים', אין נאמען פון 'ספרים הקדושים', דארפסט נישט זאגן אז דאס איז ברסלב; וועסטו זיי אויפלעבן און האבן די גרויסע מצוה פון פרייליך מאכן טאטע מאמע.


נעם אן דיין ווייב'ס ווערטער; מען טוט נישט וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס דער איבערשטער הייסט, וואס די תורה זאגט. די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד דיין טאטע און מאמע; דארף מען זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה, נישט קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן.


ערליכע אידן איידער זיי גייען צו זייערע עלטערן און בעפאר זיי רופן זייערע עלטערן זאגן זיי: "הֲרֵינִי מוּכָן וּמְזוּמָן לְקַיֵּם מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁל כִּיבּוּד אָב וָאֵם כַּכָּתוּב בַּתּוֹרָה, לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ, לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, אות ד): "בְּכָל הַדְבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם, הֵן בַּתּוֹרָה, הֵן בִּתְּפִלָה, הֵן בְּמִצְוֹת מַעֲשִׂיוֹת, יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר בָּזֶה הַלָשׁוֹן", איידער מען טוט א מצוה, סיי פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען אדער אנדערע מצוות, זאל מען זאגן: "הֲרֵינִי עוֹשֶׂה זֹאת", איך גיי יעצט טון די מצוה מיט איין כוונה: "לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ", איך זאל ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן דורך די מצוה וואס איך טו, "לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", צו טון א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער. אפילו אין אנהייב שפירט מען נישט קיין טעם ווען מען זאגט די ווערטער, דאך זאל מען זאגן די ווערטער, "וּבְהֶמְשֵׁךְ הַזְמַן יַרְגִישׁ הֶאָרָה גְדוֹלָה בְּאֲמִירָה זוּ", מיט די צייט וועט מען שפירן א גרויסע ליכטיגקייט ביים זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1338 - זאל איך מאכן אן אפעראציע צו פארלירן וואג?
רפואה, איבערוואג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לייד פון הויך צוקער און הויך קאלעסטעראל, און דאס קומט פון זיין שטארק איבערוואג. אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין פרובירט אויף אסאך וועגן צו פארלירן וואג, כ'האב אויך געצאלט אסאך געלט אויף דעם, אבער ס'האט זיך גארנישט געהאלטן.


די דאקטוירים האלטן אז מ'זאל מיר מאכן אן אפעראציע צו פארקלענערן דעם מאגן, א "סליוו", און איך טראכט אז דאס וועט מיר יא העלפן.


איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען פלעגט פרעגן מוהרא"ש אויב מען זאל מאכן די סליוו פלעגט מוהרא"ש נישט צורעדן צו דעם, מוהרא"ש האט געהאלטן אז ווילאנג מען קען אויסמיידן דעם מעסער - זאל מען דאס אויסמיידן און זיכער נישט גיין לכתחילה זיך שניידן. מוהרא"ש זאגט אז מיט א שטארקע ווילן קען מען אפפאלן פונט אן זיך שניידן, מיט א שטארקע רצון קען מען דאס באווייזן.


אבער אז די דאקטורים זאגן אז עס איז א סכנה צו בלייבן אזוי, בפרט אז דו ליידסט פון הויך צוקער, וואס דאס איז זייער א גרויסע סכנה, און זיי זאגן דו זאלסט זיך סליוון - זאלסטו גיין צו גאר א גרויסער דאקטער, און דער אייבערשטער זאל דיך היטן דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


בעט דעם אייבערשטן; תפילה איז זייער שטארק, מיט תפילה קען מען אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1337 - מ'נעמט נישט אן מיינע קינדער ווייל איך בין א ברסלב'ער, וואס טו איך?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז איידער מ'ציעט זיך אריבער צו א צווייטע שטאט, דארף מען די ערשטע זאך זען צו האבן דארט מוסדות פאר די קינדער.


איך פלאן יעצט זיך אריבערצוציען צו ..., איך האב פרובירט איינצושרייבן די קינדער ביי די מוסדות דארט, אבער זיי ווילן בשום אופן נישט אננעמען מיינע קינדער, זיי זאגן מיר קלאר און אפן אז זיי ווילן נישט ארייננעמען קיין ברסלב'ע.


דער מנהל האט מיר געזאגט איך זאל עס נישט נעמען פערזענליך, ווייל ער האט באקומען די באפעל פונעם ארטיגן אדמו"ר אז מ'זאל נישט אננעמען קיין ברסלב'ע. האב איך אים דערציילט די מעשה איבער א איד וואס איז ארויפגעקומען צום בית דין של מעלה און גע'טענה'ט אז ער איז א איד און ער דארף באקומען שכר, האט מען אים געפרעגט מיט וואס ער איז געווען א איד, ער האט דאך ליידער נישט געהיטן קיין שבת, און נישט געטון קיין שום מצוות, האט ער צוריק געזאגט, "סטאלין ימח שמו האט דאך גע'הרג'ט פילע אידן, און ער האט מיר געזאגט אז איך בין אויך א איד און דערפאר האט ער מיר גע'הרג'ט, קומט אויס אז איך בין יא א איד". האב איך געזאגט פאר דעם מנהל אז ווען איך וועל ארויפקומען אין הימל און זאגן אז איך בין ברסלב'ער, און מ'וועט מיר נישט גלויבן ווייל איך האב נישט געטון אלעס וואס דער רבי האט געהייסן, וועל איך זאגן אז מ'האט נישט אנגענומען מיינע קינדער אין מוסדות ווייל איך בין א ברסלב'ער.


די שאלה איז ווי אזוי איך גיי דא ווייטער, זאל איך אליין אריינגיין צום אדמו"ר און זיך בעטן ביי אים מ'זאל אננעמען מיינע קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שווער צו טראכטן אז דו וועסט קענען פועל'ן ביי דעם אדמו"ר מען זאל אננעמען דיינע קינדער, דו קענסט פרובירן.


איך טראכט אן אנדערע עצה, אפשר איז צייט דו זאלסט עפענען א מוסד וואו מען וועט אננעמען אלע קינדער; וואס מיינסטו, ווי אזוי האבן מיר געעפנט מוסדות אין אמעריקע - א ברסלב'ער חדר, א ברסלב'ער סקול? היינט האבן מיר שוין אין דריי שטעט מוסדות, ווי אזוי האבן מיר דאס געעפנט? נאר צוליב אזא מעשה וואס דו האסט, מען האט ארויסגעווארפן מיינע אינגלעך פון די מוסד וואו זיי האבן געלערנט, האבן מיר געעפנט א חדר, צוויי יאר שפעטער האט מען ארויסגעווארפן מיידלעך פון זייער סקול ווייל זיי האבן ברידערס וואס לערנען ביי אונז אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט עס איז געקומען די צייט צו עפענען א סקול (דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו); מיר האבן געעפנט די חדר מיט געציילטע קינדער, אויך די סקול האבן מיר געעפנט מיט געציילטע קינדער, היינט איז דא הונדערטער קינדער כן ירבו.


צו עפענען מוסדות דארף מען נישט קיין געלט, מען דארף נישט גארנישט, מען דארף נאר א שטארקע ווילן, ערליכע מלמדים און ערליכע טיטשערס. מען דארף נישט קיין חכמים און נבונים, מיר פירן די מוסד אן קיין חכמים ונבונים, מיר גייען נישט מיט די נייע וועגן וואס כאפט זיך אריין פון די פעלקער, מיר גייען נאך די פריערדיגע צדיקים, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ח): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פריערדיגע דורות, "וּרְעִי אֶת גְּדִיֹּתַיִךְ עַל מִשְׁכְּנוֹת הָרֹעִים", פאשע די שאף אזוי ווי זיי האבן געפאשעט, מאך נישט קיין נייע זאכן.


מוהרא"ש שרייבט מיר אין די בריוו: "איך זע א רמז פון הימל אז מיר דארפן עפענען פאר די מיידלעך"; טראכט איבער, אפשר איז דאס א רמז פאר אונז אז מיר זאלן עפענען אייגענע מוסדות, מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


[דער בריוו צו וועלכע די אויבנדערמאנטע בריוו באציט זיך:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ב' לְסֵדֶר נֹחַ, כ"ו תִּשְׁרֵי ה'תשע"ב.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אַזוֹי וִוי עֶס אִיז גֶעקוּמֶען צוּ מִיר הַיינְט צְוֵויי עֶלְטֶערְן וָואס זֵיי הָאבְּן טֶעכְטֶער אוּן קֵיינֶער וִויל זֵיי נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען לֶערְנֶען אִין זֵייעֶר סְקוּל, וַוייל זֵיי זָאגְן זֵייעֶרֶע אִינְגְלֶעךְ לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ אַ רֶמֶז פוּן הִימְל אַז מֶען דַארְף אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, הֵן אֱמֶת סְ'אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער צוּ הַאלְטְן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה מִיט אַ גַאנְצֶע סְטֶעף מְלַמְדִים, אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶטְץ הָאטְס גֶעהַאט נִיסִים וְנִפְלָאוֹת אַ גַאנְץ יָאר, הַאלְט אִיךְ זִיכֶער וֶועט אִיר מִיט דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אוֹיכֶעט הָאבְּן נִיסִים וְנִפְלָאוֹת.


מֶען דַארְף בַּיים אָנְפַאנְג נִישְׁט נֶעמֶען קַיין מְנַהֶלֶת וְכוּ', נָאר אֵיין אָדֶער צְוֵויי פְרוֹיעֶן וָואס זֵיי זָאלְן זַיין דִי לֶערֶערִינְ'ס, מֶען בַּאצָאלְט זֵיי אַרוּם דְרֵיי הוּנְדֶערְט פוּפְצִיג דָאלֶער אַ וָואךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן לֶערְנֶען מִיט דִי פָּאר מֵיידְלֶעךְ הֲלָכוֹת, אוּן שְׁרַייבְּן, אוּן רֶעכֶענֶען, אוּן שְׁפְּרַאךְ, וְכוּ', וְכוּ', אוּן אַזוֹי וֶועט זִיךְ אָנְהֵייבְּן דִי מֵיידְל שׁוּלֶע.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.


אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט.


עֶס הָאט מִיר דֶערְצֵיילְט, פַאר אִיבֶּער פוּפְצִיג יָאר צוּרִיק, אַ בָּחוּר וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אֵיינְמָאל אִין מִירוֹן בַּיים תַּנָא רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן דֶעמָאלְט אִיז נָאךְ גֶעוֶוען דָארְטְן אַ וִויסְטֶענִישׁ, עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ וִוינְטֶער נַאכְט, אוּן קַיין נֶפֶשׁ חַיָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן, נָאר דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק רַבִּי שְׁמוּאֵל הוֹרְוִויץ זי"ע וָואס עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ וואוּנְדֶערְלִיכֶער מֶענְטְשׁ, נָאכְדֶעם וָואס עֶר הָאט אוֹיסְגֶעזָאגְט גַאנְץ תְּהִלִים בַּיים צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי הָאט עֶר זִיךְ גֶעוָואנְדֶען צוּ דֶעם בָּחוּר, "קוּם מִיט מִיר אַרוֹיס צְוִוישְׁן דִי בֶּערְג זִיךְ מִתְבּוֹדֵד זַיין", אוּן דֶער בָּחוּר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרוֹיסְצוּגֵיין מִיט אִים, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁטָאק פִינְסְטֶער, אוּן וִוי זֵיי הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרָאפְּצוּגֵיין צוּ דִי זַייט פוּן דִי מְעָרָה שֶׁל הִלֵל, הָאט דֶער בָּחוּר זִיךְ אָנְגֶערוּפְן אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט, "רַבִּי שְׁמוּאֵל, אִיךְ הָאבּ מוֹרָא וַוייטֶער מַמְשִׁיךְ צוּ זַיין", (וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַזוֹי פִינְסְטֶער הָאט עֶר מִיךְ דֶערְצֵיילְט, אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעזֶען דֶעם אַנְדֶערְן, אוּן עֶר הָאט פָּשׁוּט גֶעצִיטֶערְט) הָאט אִים רַבִּי שְׁמוּאֵל גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט דִי וֶוערְטֶער, "מֶען דַארְף זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּערְגֶעבְּן פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים דֶעמָאלְט הָאט מֶען פוּן גָארְנִישְׁט קַיין מוֹרָא" (אָבֶּער דֶער בָּחוּר הָאט מִיךְ דֶערְצֵיילְט אַז עֶס הָאט אִים אָנְגֶעכַאפְּט אַזַא מִין שְׁרֶעק אַז עֶר אִיז צוּרִיק גֶעלָאפְן צוּם צִיוּן פוּן רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי, אוּן עֶר אִיז דָארְטְן גֶעבְּלִיבְּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט אוּן גֶעצִיטֶערְט וְכוּ' וְכוּ',) אוּן רַבִּי שְׁמוּאֵל אִיז זִיךְ אַרָאפְּגֶעגַאנְגֶען צוּם טָאל וְכוּ', אָן קַיין שׁוּם פַּחַד, אוּן פַארְטָאגְס אִיז עֶר צוּרִיקְגֶעקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט אִים אוֹיסְגֶע'מוּסָרְ'ט "וִוי קֶען אַ מֶענְטְשׁ מוֹרָא הָאבְּן פוּן חַיוֹת רָעוֹת וְכוּ', אוֹיבּ עֶר אִיז צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים"?


זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז אוֹיבּ אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, אוּן עֶר טְרַאכְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן נִישְׁט פוּן זִיךְ, דֶעם קֶען קֵיינֶער גָארְנִישְׁט טוּן, אֲפִילוּ אַלֶע חַיוֹת רָעוֹת וָואס זֶענֶען בִּדְמוּת בְּנֵי אָדָם זֶענֶען אִים מְבַזֶה מְחַרֵף וּמְגַדֵף מַאכְט דָאס נִישְׁט אוֹיף אִים אַ רוֹשֶׁם.


אַז וואוֹיל אִיז דֶעם מֶענְטְשׁ וָואס גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ, צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, בִּיז עֶר וֶוערְט נִכְלָל אִין מְחוּיָב הַמְצִיאוּת, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן נ"ב), דֶעם אִינְטֶערֶעסִירְט שׁוֹין גָארְנִישְׁט, נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, נִישְׁט קַיין פִּרְסוּם, וְכוּ', וְכוּ', עֶר וִויל נָאר מְגַלֶה זַיין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר שַׁיינְט אַרַיין אִין דִי מֶענְטְשְׁן וָואס זֵיי הֶערְן אִים צוּ, נָאר אֱמוּנָה אִין דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן לִימוּד הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, בִּפְרַט מִקְרָא מִשְׁנָה גְמָרָא, וָוארוּם דָאס אִיז דֶער גְרֶעסְטֶער עֲשִׁירוּת פוּן אַ אִיד, וֶוען עֶר אִיז זוֹכֶה דָאס צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ק"כ.) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה", שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד.


אַ אִיד הָאט אַמָאל גֶעפְרֶעגְט דֶעם הֵיילִיגְן סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", וָואס הֵייסְט אַ רֶבִּי? אוּן וָואס הֵייסְט אַ חָסִיד? הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְטְפֶערְט, אַ רֶבִּי אִיז דֶער וָואס עֶר לֶערְנְט גְמָרָא אוּן בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין זַיינֶע תַּלְמִידִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען גְמָרָא, אוּן אַ חָסִיד אִיז דֶער וָואס אִיז זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ מְקַיֵים צוּ זַיין יֶעדְן סָעִיף פוּן שׁוּלְחָן עָרוּךְ.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק, דוּ זָאלְסְט נָאר רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים דִיבּוּרֵי אֱמוּנָה אוּן הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, עֶס זָאל זַיין שֵׁם שָׁמַיִם שָׁגוּר בְּפִיהֶם, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן מ"ד) אַז דָאס וָואס מֶען רֶעדְט אֱמוּנָה, דָאס אִיז אַלֵיין אֱמוּנָה, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט צוּ אֱמוּנָה, וִוידֶערְאוּם זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אֱמוּנָה, סִימָן ל"ג) עַל יְדֵי אֱמוּנָה, יִסְלַח לְךָ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל כָּל עַווֹנוֹתֶיךָ; אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז שְׁטַארְק אִין אֱמוּנָה, אוּן רֶעדְט פוּן אֱמוּנָה, אִיז אִים דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים מוֹחֵל אוֹיף אַלֶע עַווֹנוֹת.


מֶען דַארְף אַסַאךְ רֶעדְן מִיט דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט רֶעדְן נִיבוּל פֶּה, וָוארוּם דִי חֲזַ"ל זָאגְן (שַׁבָּת ל"ג.) בַּעֲוֹן נַבְלוּת פֶּה צָרוֹת רַבּוֹת וּגְזֵירוֹת קָשׁוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת וּבַּחוּרֵי שׂוֹנְאֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, יְתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעַקִין וְאֵינָן נֶעֱנִין; אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן ד') הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילוּ חוֹתְמִים עָלָיו גְזַר דִין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִים עָלָיו לְרָעָה, גַם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנוֹם, גַם לְהַשׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק; וָוארוּם לֵיידֶער הַיינְט רֶעדְן דִי בְּנֵי הַנְעוּרִים גֶעמֵיינֶע נִיבוּל פֶּה וְכוּ', אוּן עֶס אִיז בַּאוואוּסְט דֶעם מַאֲמַר הַחָכָם "הַלָשׁוֹן הוּא קוּלְמוֹס הַלֵב", וָואס אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט, דָאס רֶעדְט עֶר, אוּן אַזוֹי זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת נִיבוּל פֶּה, סִימָן א') מִי שֶׁמְדַבֵּר נִיבוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.


דוּ זָאלְסְט נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן אַרַיינְצוּפְּרֶעגְלֶען אִין דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען מִיט גְרוֹיס הַתְמָדָה מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אֲפִילוּ זֵיי פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, נָאר זָאגְן, וַוייל דוּרְךְ לִימוּד אוּן זָאגְן מִשְׁנַיוֹת, וֶוערְט דִי נְשָׁמָה אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס, אוּן אַזוֹי אוֹיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זִיךְ זָאגְן אַסַאךְ דַפִין גְמָרָא כְּסִדְרָן דַיְקָא, בִּיז מֶען עֶנְדִיגְט גַאנְץ שַׁ"ס, אוֹיסֶערְדֶעם וָואס מֶען נֶעמְט אַ מְסֶכְתָּא אוֹיף זִיךְ אוּן מֶען חַזְרְ'ט דָאס אִיבֶּער הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל, וָואס דָאס בְּלַייבְּט נָאכְדֶעם אִין קָאפּ.


אַזוֹי וִוי אִיךְ פָאר אַוֶועק דֶעם דִינְסְטָאג אוֹיף אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוּן אִיךְ וֶועל דָא נִישְׁט זַיין לְכָל הַפָּחוֹת דְרֵיי שַׁבָּתִים וְכוּ', אוּן אֶפְשָׁר מֶער וְכוּ', זָאלְסְטוּ מִיר בְּלַייבְּן גֶעזוּנְט, אוּן דוּ זָאלְסְט זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אוּן עֶס זָאל נִתְרַבֶּה וֶוערְן גְבוּלְךָ בַּתַּלְמִידִים.


הַמְאַחֵל לְךָ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָׁמַיִם].

#1336 - זאל איך דערמאנען מיין מאן פון פשוטע הלכות?
שלום בית, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיין מאן איז זייער א וואוילער, עס איז אבער דא זאכן אויף וואס איך דארף הילף.


מיין מאנ'ס משפחה פירט זיך אנדערש ווי מיין משפחה, ביי זיי איז דא איין זאך, מען קוקט נאר אויב מען איז א חאניאק, דאס איז ביי זיי די גאנצע אידישקייט. ווען עס קומט אבער צו וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל הלכות שבת און הלכות ברכות, און אזוי ווייטער, איז מען נישט אזוי אויסגעקאכט דארט אין דעם.


מיין משפחה איז יא זייער שטארק מיט הלכות, און דאס ברענגט א פראבלעם ביי אונז. איך קען אסאך מער הלכות ווי מיין מאן, ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און ווען איך זאג מיין מאן אן הלכה ווערט ער זייער דערשראקן און וויי געטון פון דעם, ער מיינט אז איך האב אים נאר ליב ווען ער איז פערפעקט.


די שרעק אין זיינע אויגן ווען ער מאכט א טעות ברענגט מיר צו וויינען אסאך מאל, איך זאג אים כסדר ווי חשוב און טייער ער איז ביי מיר, אפילו ער איז נישט פערפעקט, אבער איך זע נישט עס זאל העלפן.


טו איך ריכטיג ווען איך דערמאן אים פשוט'ע הלכות שבת אדער וועלכע ברכות מען מאכט אויף עסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן, דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין שלום בית, מען זאל זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, זיך דורך רעדן, זאגן אלעס וואס מען שפירט פונעם צווייטן, דאס מאכט מען זאל לעבן בשלום.


פרעגט אייער מאן ווי אזוי איר זאלט טון ווען איר זעט אז ער פירט זיך נישט ווי די הלכה. פרעגט אים שיינערהייט אויב עס שטערט אים ווען איר זאגט אים אן הלכה, זאגט אים אז איר ווילט נישט זיין קיין פאליציאנט, געבט אים צו פארשטיין אז איר קוקט אים נישט אראפ ווען ער טוט נישט ווי אזוי מען דארף טון, איר פארשטייט אז מען האט נישט געלערנט ביי זיי אין שטוב קיין הלכות, ביי זיי איז געווען נאר איין זאך, ווי מער חאניאקיש - אלץ מער איז מען א איד; שמועסט אויס מיט אים די גאנצע זאך, אז מען שמועסט זיך דורך שיינערהייט ווערט שטערקער די גאנצע שלום בית.


דער אמת איז, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; זאגן פאר די מאן ווען ער טוט אנדערש פון די הלכה איז נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך אבער ווי אזוי מען זאגט עס. ווען מען באמערקט א צווייטן אויף זיין אויפפירונג קען דאס צוגיין אין א וועג פון קריטיקירן, פון שאפן אויף יענעם, אונטעררייסן יענעם; צום ביישפיל: "וואס טוסטו?" "וואס מאכסטו?" "מען טאר נישט!" "שעם זיך!" און עס קען צוגיין אין א גוטע וועג, א וועג פון דערמאנען יענעם, לערנען יענעם, הייבן יענעם; צום ביישפיל, מען זאגט: "איך מיין די הלכה איז אזוי", "איך האב געלערנט אז מען מאכט אזוי", "שבת מאכט מען נישט אזוי", "עס איז א שאלה אויב מען מעג אזוי מאכן"; דאס איז גאר אנדערש ווי מען שאפט אויף יענעם.


אויב איר זאגט אים אין א וועג פון לערנען, אין א וועג פון זיך נישט גרויסן אויף אים - וועט ער זיכער וועלן איר זאלט אים ווייטער זאגן, אים לערנען די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1335 - יישר כח פאר'ן מיר געבן גאנץ ש"ס
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פון טיפן הארץ פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, איך האב יעצט זוכה געווען ענדיגן גאנץ ש"ס, צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


יישר כח פאר די פילע חיזוק וואס האט מיר געגעבן די כוחות נישט אויפצוגעבן נאר אלעמאל גיין העכער און בעסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען, מען הייבט אן לעבן א לעבן מיט חיות וכו' וכו', - איז די שענסטע זאך אז מען געבט דאס איבער פאר אנדערע, דאס האט מוהרא"ש געטון זיין גאנץ לעבן.


מוהרא"ש האט פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו ווערן א צדיק, עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען האבן שלום אין שטוב וכו' וכו'.


ווען מוהרא"ש איז געווארן מקורב האט מען נישט געוויסט בכלל פון ברסלב, ממש געציילטע האבן געוויסט פון רבי'ן; דעמאלט האט מוהרא"ש צוגעזאגט אז ער גייט פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, אזוי האט ער געטון גלייך נאך זיין חתונה. מוהרא"ש האט חתונה געהאט שנת תשכ"ב, צוויי יאר שפעטער האט ער שוין אפגעדרוקט פינף און אכציג טויזנט ספרים במשך איין יאר.


מיר דארפן אלע עוסק זיין אין הפצה, מקיים זיין וואס דער רבי האט אונז געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ג, מחיגר) מיר זאלן אנטרינקען ביימער, און מקיים זיין די צוואה פון רבי נתן וואס ער האט געזאגט: "אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה".


וואויל איז דעם מענטש וואס איז עוסק אין ברענגען משיח צדקינו, ער פארשפרייט די ספרים, ער פארשפרייט די דיבורים פאר אלעמען; דער האט א חלק אין די גאולה, אין ביאת משיח צדקינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1334 - ווי אזוי קען איך געבן זעלבס זיכערקייט פאר מיין מאן?
שלום בית, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר אז איך קען נישט ווייטער אנגיין אין לעבן, איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, איך האב אבער א גרויסע פראבלעם, אפשר וואלט דער ראש ישיבה מיר געקענט העלפן.


מיין מאן קומט פון א שווערע שטוב, זיינע עלטערן קאנטראלירן זייער שטארק, און ביז די חתונה האט מען אים ממש נישט געלאזט אטעמען, ער האט נישט געמעגט האבן קיין אייגענע מיינונג, און דאס האט געמאכט ער זאל נישט האבן קיין שום אחריות, מען האט אלעס געטון פאר אים, צי ער האט יא אדער נישט געוואלט.


דערפאר איז יעצט נאך די חתונה אים זייער שווער צו זאגן וואס ער האלט, צו נעמען אחריות און ערלעדיגן זאכן, רוב צייט קומט אויס אז איך מאך די החלטות. לעצטנס האב איך אויפגעהערט מחליט זיין וואס מיר גייען טון אדער וואו מיר זאלן גיין, איך בעט אים ער זאל מחליט זיין, אבער ער קען נישט, עס נעמט אים זייער לאנג ביז ער קען ארויסזאגן וואס ער וויל, מען דארף אים זייער אסאך דערמאנען וואס ער האט צו טון. דאס מאכט מיר שפירן ווי איך האב חתונה געהאט מיט א קליין קינד. דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז א ווייב קען טוישן דעם מאן, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי.


הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן און געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א גוטער מאן; דאנקט דעם אייבערשטן אז ער טשעפעט אייך נישט. עס איז נישט אזוי געפערליך אז איר זאלט מאכן די החלטות, מען קען האבן א גאלדנע לעבן אינאיינעם, א הערליכע שלום בית - אפילו ווען דער מאן ווייסט נישט אליינס מחליט זיין וואס, ווען און וואו.


געדענקט דעם כלל, ווילאנג מאן און ווייב גרויסן זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, זיי זענען זיך מכבד, זיי האבן זיך באמת ליב - איז אלעס אנדערש נישט וויכטיג, אלעס אנדערש פאלט אוועק ווען עס איז דא ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט. אז איר וועט אים ארויפקוקן, איר וועט אים מכבד זיין - וועט די שכינה רוען ביי אייך, עס איז דא צענדליגער משפחות וואס די פרוי מאכט די החלטות, זי זאגט וואס מען זאל טון וכו' - און זיי לעבן א חיים טובים. עס איז נישט עק וועלט אז איר זענט די וואס דארף זאגן וואס צו טון.


נישט איך זאג דאס אז א פרוי קען טוישן די מאן; מוהרא"ש זאגט דאס, אבער אין אייער פאל דארפט איר אים נישט טוישן, איר דארפט טוישן אייער וועג פון טראכטן, הייבט אן טראכטן אז עס איז אייך גוט, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א גוטער מאן, ער טשעפעט נישט, ער טוט אייך נישט וויי; דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן החלטות - דאס איז נישט קיין חסרון, וועט איר מאכן די החלטות, כל זמן ער רעדט שיין צו אייך, ער קריגט זיך נישט, ער טוט אייך נישט וויי - דארפט איר זיך זייער פרייען.


היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואס זי וויינט אז איר מאן שלאגט איר, איר מאן צווינגט איר, ער שלעפט איר און ווארפט איר אראפ די טרעפ רחמנא לצלן; די פרוי האט קינדער, זי פרעגט אויב זי זאל זיך גט'ן, וואס זי זאל טון? דאס איז א שווערע שאלה, דאס איז א צרה; א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א שגץ וואס שלאגט, א מאן וואס ווארפט אראפ די פרוי - דאס איז יענץ צרה, אבער אין אייער פאל וואס איר שרייבט 'איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, ער האט נאר איין גרויסע פראבלעם, ער ווייסט נישט אליינס מחליט זיין' - זאלט איר מאכן די החלטות.


איר וועט זען אז איר וועט אים אנהייבן הייבן, איר וועט אים לויבן און איר וועט מאכן די החלטות, און מיט חכמה וועט איר מאכן ער זאל שפירן ווי ער האט געמאכט די החלטות - וועט נישט לאנג נעמען ביז ער וועט ווערן א נייער מענטש, ער וועט באקומען זיכערקייט, ער וועט שוין קענען פירן די שטוב.


הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער מאן וואס איר האט, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן חכמת נשים ווי אזוי איר זאלט אים מאכן זיכער מיט זיך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1333 - ווי אזוי האט מען שטארקע קאנפידענס אין ביזנעס?
אמונה, פרנסה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה, "עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט".


אפשר קען מיר די ראש ישיבה געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן און האבן די קאנפידענס און גלייבן אין זיך. איך האב שוין געליינט צענדליגע ביכער איבער דעם, געצאלט טייער געלט פאר קורסעס, אבער עס האט מיר גארנישט געהאלפן, איך בין זיכער אז דער ראש ישיבה האט גוטע עצות וואס ארבעטן יא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קאנפידענס באקומט מען דורך אמונה, ווען מען האט א שטארקע אמונה מאכט דאס מען זאל זיין זיכער מיט זיך אליינס. ווען מען געדענקט פונעם איבערשטן, מען ווייסט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער און אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס; אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס מיר זעען נישט, איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך - דאס געבט א שטארקייט מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, מען זאל זיין זיכער מיט זיך.


דו זאגסט אז דו האסט געליינט צענדליגער ביכער און געצאלט שווערע געלטער צו וויסן און זיך לערנען ווי אזוי צו האבן קאנפידענס, דאס איז א גרויסער פראבלעם; די ביכער וואס דו האסט געליינט - דאס איז וואס פארשטעלט דיר פון האבן אמונה אינעם אייבערשטן, די ביכער זענען געבויט אויף חנופה, זיי לערנען אויס ווי אזוי מען קען יענעם חנפה'נען, ווי אזוי מען קען זיין געלונגען מער פון יענעם, געפעלן פאר יענעם וכו' וכו', אלעס צו פארשטעלן דעם אייבערשטן.


יעצט אז דיין קאפ איז דיר אנגעפילט מיט גוי'שע ביכער - זאלסטו אסאך לערנען ספר אשר בנחל, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין קאפ, עס וועט אריינגיין אין דיר א רוח טהרה, דו וועסט אנהייבן שפירן די ליכטיגקייט, די זיסקייט, די איינגענעמקייט און די געשמאקע טעם פון אייבערשטן. עס וועט ווערן ביי דיר קלאר אז קיינער קען נישט אליינס נעמען פרנסה, קיינער קען נישט צונעמען פרנסה, נאר וואס דער אייבערשטער געבט - דאס האט מען, ווי מער דו וועסט לערנען די בריוו - אלץ מער וועסטו באקומען א קלארע אמונה, דו וועסט ווערן זיכער מיט זיך.


ווען דו רעדסט מיט מענטשן, דו פרובירסט מאכן ביזנעס מיט מענטשן, זאלסטו אלץ געדענקען אז געלט געבט דער אייבערשטער, פרנסה קומט נאר פון אים; 'דאס וואס איך זוך פרנסה, דאס וואס איך פרוביר רעדן מיט דעם מענטש - דאס טו איך ווייל דער אייבערשטער האט מיר געהייסן איך זאל טון עפעס פאר פרנסה; נישט דער מענטש גייט מיר געבן פרנסה און נישט יענער וועט מיר געבן פרנסה'. אזוי זאלסטו זיך חזר'ן, דאס וועט דיר מאכן שטארק, דו וועסט נישט ווערן דערשראקן, דו וועסט נישט זוכן יענעם צו חנפה'נען - אזוי וועסטו מצליח זיין.


נאך אן עצה פאר פרנסה בשפע, זיי מכבד דיין ווייב; רעד שיין צו איר, האב געדולד צו אירע זאכן און ווער נישט נערוועז אין שטוב, דאס וועט דיר געבן גרויסע שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הַמָּמוֹן שֶׁל הָאָדָם, בָּא לוֹ עַל יְדֵי בַּת זוּגוֹ", די עיקר געלט קומט פון די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב - האט מען שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1332 - ווי אזוי שטארק איך זיך אין כיבוד אב, ווען דער שבת טיש איז נישט געשמאק?
כיבוד אב ואם, שבת טיש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש א יחיד בדורינו מיט אזא קלארקייט פאר אונזער דור, לדעת את המעשה אשר יעשון. דער ראש ישיבה ציעט ארויס ממש מיט א צווענגל פון יעדן זיין גוטן חלק צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד, אזוי ווי די רבי האט געזאגט "ווי איך מיין א ערליכע איד". יעדע שיעור וואס ווערט געגעבן הערט זיך ארויס דערפון די אמת'קייט און תמימות און שטארקע מסירות נפש וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט און לייגט אריין אין די שיעורים, עס האט ממש געעפנט מיין הארץ צום אייבערשטן מיט א שטארקע ווילן צו זיין גוט, און אויך אויף למעשה.


איך בין דער תכשיט אין מיין משפחה, יעדער קוקט מיר ארויף און מ'זאגט אז מ'זאל זיין אזוי ווי מיר, אבער למעשה גיי איך דאס יאר צום ערשטן מאל ענדיגן שנים מקרא ואחד תרגום מיט רוב רש"י, איך האב אנהויבן לערנען אסאך משניות, איך הייב אן צו וויסן "באמת" ווי אזוי די תורה זעט אויס, איך פרעג מיינע "חשובע" חברים זאכן פון חומש און זיי הייבן נישט אן צו וויסן, אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט ביז דאס יאר.


מיין חבר איז געגאנגען נעמען חתן שיערים ביי איינער פון די גרויסע באקאנטע מדריכים, און יענער האט אים געזאגט איינמאל שטילערהייט בסוד סודות, "ווילסט וויסן ווער ס'האט די בעסטע שלום בית? ר' יואל רוטה'ס תלמידים! כ'זאג נישט אז איך האלט פון אים, אבער דער פאקט איז אז זיינע תלמידים האבן גאר גוטע שלום בית", ווען מיין חבר האט מיר דאס דערציילט האב איך געקלערט אז איך וועל אויספרובירן צו הערן די שיעורים, און ברוך ה' אז דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס און מיר געמאכט פאר מענטש און א איד, און איך האב עס געגעבן צו פארזוכן פאר נאך אינגעלייט.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר שרייבן אביסל חיזוק בענין כיבוד אב ואם, אפילו ווען ס'איז מיר גייסטיש גאר שווער, מיין טאטע שפירט פאר וויכטיג ביי יעדע סעודה שבת ויום טוב מוחה צו זיין אויף פירצות און ארויסברענגן זיינע שיטות, ובפרט ווען זיינע קאפלס קומען, עס נעמט אוועק יעדע זיסער טעם פון אידישקייט, און ס'איז זייער נישט געשמאק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, די הייליגע חכמים באטיטלען די מצוה (ירושלמי פאה א, א): "חמורה שבחמורות", הארבער פון דאס הארבסטע; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז נישט נאר ווען עס איז באקוועם דעם מענטש, כיבוד אב ואם דארף מען טון אין אלע אומשטענדן, אויך ווען די עלטערן שרייען, זיי בייזערן זיך און זיי פארשעמען, אין אלע צייטן דארף מען זיי מכבד זיין.


וואס גייט דיר אן אז דיין טאטע איז מוחה וכו'? פארוואס זאלסטו קוקן אויף אים מיט זלזול? פארוואס זיך שעמען מיט א טאטע ווען ער האט זיין שיטה, זיין וועג - ווי אזוי ער פירט זיך? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א פרעמדער מענטש מוחה זיין, וואלט דיר עס אנגעגאנגען? ווען דו זעסט אין בית המדרש א פרעמדער מענטש שרייט און איז מוחה - וואלסטו זיך געשעמט? עס וואלט דיר געבאדערט? זיכער נישט, פארוואס זאל אנגיין וואס א צווייטער טוט? וואס זאל שטערן ווען איינער איז מוחה? פרעג איך דיר, ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך אויפעסן? ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך שעמען? ווער האט דיר געבעטן טראגן אחריות אויף אים? ווער האט דיר געבעטן דו זאלסט אים איינטיילן דעות? ווען דיין טאטע איז מוחה זאלסטו אים אויסהערן באימה וביראה, ווען ער זאגט זיינע שיטות זאלסטו חס ושלום זיך נישט אונטער לאכן. אז דו וועסט נישט נעמען קיין אחריות, דו וועסט נישט שפירן ווי דו דארפסט געפעלן פאר אנדערע - וועט דיר עס נישט אנגיין.


רוב קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען אחראי ווי אזוי די עלטערן טראכטן, רעדן, טוען, און אזוי ווייטער. אנשטאט נעמען אחריות אויף זיך אליינס, אכטונג געבן זיך צו פירן ווי אזוי מען דארף זיך פירן - זוכט מען חסרונות ביי די עלטערן. אנשטאט פאררעכטן די אייגענע חסרונות און אכטונג געבן אויף טאטע מאמע, נישט אריינרעדן אין זייער הנהגה, נישט חוזק מאכן ווי אזוי זיי פירן די שטוב - איז מען פארנומען פאררעכטן די עלטערן.


אז דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין אידישקייט, א טעם אין אידישקייט - זאלסטו גיין התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל דיר ליב האבן, איך וויל טון די מצוה מיט א ליבשאפט און א שמחה", בעט אויך דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין טאטע מאמע, איך זאל זיי מכבד זיין און שעצן".


התבודדות און תפילה ברענגט זיסקייט און א טעם אין אידישקייט; אז דו וועסט זיך מתבודד זיין וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד, עס וועט דיר שוין מער נישט שטערן ווי אזוי מענטשן פירן זייער שטוב, דו וועסט זען דאס שיינקייט ביי אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1331 - וואו איז מיין שורש נשמה?
מורה דרך, צדיקים, נשמה, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליובאוויטשע שטוב, מיין עלטערן געהערן קיין חב"ד, אבער זיי גייען אויך צו א חשובער משפיע פונעם היינטיגן דור. עטליכע יאר צוריק האב איך זיך באקענט מיט ברסלב, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן פון מוהרא"ש דורכ'ן ספר "אש קודש", איך האב געליינט די מעשיות דארט און איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפון.


איך האב געהאט דעמאלט א שטיקל "מופת", ווייל איך האב געליינט דארט איבער פילע מופתים פון מוהרא"ש, און איך האב אנגעהויבן טראכטן איז דען מופתים דאס עס מאכט א צדיק, און פונקט דעמאלט האב איך געגעבן א מיש אויף צו די הקדמה, און דער מחבר שרייבט דארט, "זיכער איז נישט די מופתים וואס מאכן איינעם פאר א צדיק, נאר דאס וואס ער איז מקרב אידן צום אייבערשטן", און דאס איז מיר געווען א שטארקע חיזוק. שפעטער האב איך געלערנט נאך פילע ספרים פון מוהרא"ש און דאס האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן.


יעצט בין איך אבער זייער צעמישט וואס מיין שורש נשמה איז, איך שפיר אז ס'איז אין ברסלב, און ברוך ה' אז מיין עלטערן פארשטייען דאס און שעצן דאס, פון דעסט וועגן בין איך אבער אויפגעוואקסן אין ליובאוויטש, און אויך האב איך זייער ליב דעם משפיע צו וועמען מיינע עלטערן גייען. איך וויל וויסן מיט א קלארקייט ווער מיין רבי איז, וואס מיין שורש נשמה איז, ווי אזוי קען איך וויסן אויב עס איז אין ברסלב, חב"ד, אדער ביי דעם חשובן משפיע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן וואו צו גיין און פון וועם צו מקבל זיין הדרכה אין לעבן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט; "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי מיינט מיט דעם משל בעיקר דאס נאכלויפן א צווייטן; עס זענען דא וואס לויפן נאך אנדערע, מען לויפט צו משפיעים, צו רבי'ס - און מען ווערט אפגענארט, עס גייט אריבער דאס לעבן מיט גארנישט.


איין עצה איז דא: 'אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען צום אמת'; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה, דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1330 - וואס איז די מעשה מיט'ן פייגל וואס לייגט אירע אייער אין אנדערע נעסטן?
חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט איבער עפעס א מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט איבער א פייגל וואס לייגט אירע אייער אין די נעסטן פון אנדערע פייגלעך, און ווען די פרישע פייגלעך קומען ארויס געבט זי א פייף און אלע פייגלעך קומען צו פליען צו איר. און דער רבי האט געזאגט אז ער טוט אויך אזוי, ער האט אסאך מענטשן ביי אנדערע פלעצער, און מיט איין פייף קומען אלע צוריק צו אים.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואו די מעשה שטייט, און וואס איז די מעשה איז מער פונקטליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) דער רבי האט אונז דערציילט, עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל זי זאל קענען זיצן אויף אלע אייער אויף איינמאל און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז  זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון די שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסט זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן פירט אויס: "והנמשל מובן מעט למי שיודע איזה רמז מענין גדולת עסק הנהגת של רבנו זכרונו לברכה עם העולם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים; די אלע וואס קומען צו לויפן פון אנדערע חסידות'ן צום רבי'ן, די אלע זענען דעם רבינ'ס מענטשן, די באלאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט זיי שטילערהייט צוריק געברענגט צום אייבערשטן; זיי געשטארקט, זיי פרייליך געמאכט, דער רבי האט זיי ארויסגענומען פון וואו זיי זענען געלעגן, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט. אינדרויסן מיינט מען אז זיי באלאנגען צו אנדערע פייגלעך, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, און ווען דער רבי געבט איין פייף, דער רבי זאגט: "הראש השנה שלי עולה על הכל", מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס, "איש בל יעדר, קיינער טאר נישט פעלן", - קומען אלע קיין אומאן, אלע לאזן איבער זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


דאס זעט מען קלאר, ווער עס ווערט מקורב צום רבי'ן ווערט אינגאנצן געטוישט צום גוטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): וויפיל פון מיינע מענטשן וואס זענען ביי מיר וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון רפש וטיט, זיי זענען געליגן אין בלאטעס, "ועל ידי נתקרבו אליו יתברך בהתקרבות כזו שאין להם להתבייש מצדיקים גדולים", און איך האב זיי געברענגט צו אזא הויכע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט: "יש אצלי אנשים", איך האב ביי מיר מענטשן, "שאיני יודע אם השאול תחתיות היה די להם", וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי, "כי גם השאול תחתיות היה קטן לפניהם", זיי קומען פון אזא נידריגע פלאץ וואס דער שאול תחתיות איז אויך צו קליין, "שאם היה אפשר להם לחתור תחת שאול תחתית היו חותרים", וואלט מען ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע לאך פון שאול תחתיות וואלט מען ווען געדארפט פאר זיי גראבן א טיפערע לאך, "ועל ידי נתקרבו אליו יתברך בהתקרבות כזו שאין להם להתבייש מצדיקים גדולים", און דורך מיר זענען זיי געקומען צו אזא גרויסע דרגא אז זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א חלק אין העלפן דעם רבי'ן לייגן אייער אין אלע נעסטן, מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק, דער רבינ'ס ווערטער. דער רבי האט א שפראך וואס רעדט צו אלעמען, סיי צו דרי מעלה - די וואס זענען ערליכע אידן, און סיי דרי מטה, די וואס ליגן וואו זיי ליגן; דער רבי ברענגט אלע צוריק צום אייבערשטן.


 

#1329 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער נישט צו רופן די עלטערן ביים נאמען?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זיס מיידעלע, קוים א יאר אלט, האט מיר אנגעהויבן רופן לעצטנס מיט מיין פולע נאמען. איך ווייס נישט אויב איך דארף שמייכלען פון איר קלוגשאפט, אדער דארף איך איר אויסלערנען אז מ'טוט נישט אזוי. בעצם וואס קען שוין פארשטיין אן איין יעריג מיידל?


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון ווען מען האט שוין קינדער פירט מען זיך אז טאטע מאמע רופן זיך נישט ביים נאמען, די טאטע רופט די ווייב 'מאמע' און די פרוי רופט דעם מאן 'טאטע', ווייל קינדער רעדן און פירן זיך אזוי ווי זיי הערן און זעען ביי די עלטערן.


אז דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ זאלסטו און דיין ווייב זיך נישט רופן ביי די נעמען, וועלן די קינדער אויך נישט רופן ביים נאמען, נאר זאגן טאטע מאמע.


ווען די קינדער ווערן אביסל עלטער און זיי רופן ביים נאמען דעמאלט קען מען זיי אויסלערנען אז מען טאר נישט רופן טאטע מאמע ביים נאמען, עס איז נישט קיין דרך ארץ, אבער ווען זיי זענען נאך ממש קליין דעמאלט קען מען נאך נישט לערנען, די ריכטיגע וועג איז מען זאל זיך רופן 'טאטע מאמע'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.