שאלה אין קורצן ענין
#1328 - וואס טו איך אז מיין התבודדות איז זייער צעמישט?
סבלנות, התבודדות, מסודר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך בין אן אנדערער מענטש א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א.


איך מאך לעצטנס התבודדות, אבער איך בין זייער נישט מסודר וואס און ווי אזוי צו רעדן, איך רעד סתם וואס עס קומט מיר ארויף, מיין קאפ לויפט פון איין זאך צום צווייטן, און איך בין זייער צעמישט. איז דא עפעס א סדר ווי אזוי צו מאכן התבודדות, פון וואס צו רעדן קודם און נאכדעם?


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ביי התבודדות דארף מען האבן סבלנות, דאס בארואיגט מיר אז ס'איז גוט ווי ס'זאל נאר זיין, דער עיקר אז מ'רעדט אביסל צום אייבערשטן, מ'דארף האבן סבלנות און אלעס וועט זיין גוט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסקלארן און ענטפערן ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו מאכן התבודדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם; אין אנהייב איז מען נישט מסודר, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן רעדן, מען פארט אריין פון איין שמועס צו אן אנדערע שמועס, מען הייבט אן בעטן אויף איין זאך און מען קען זיך נישט געהעריג ארויסברענגען, הייבט מען אן בעטן אויף דעם אליינס, מען זאל קענען רעדן; א רגע שפעטער הייבט מען אן דאנקען, מען איז צעמישט אן א שיעור.


מען טאר נישט ווערן צעבראכן פון דעם, אפילו מען איז נישט מסודר ביי התבודדות, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן - דארף מען ווייטער אזוי רעדן. אויבן אין הימל איז א גרויסע פרייד ווען מען הערט ווי מען רעדט צום אייבערשטן, אפילו מען זאגט נאר איין ווארט. מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל זאגן דעם ביישפיל ווי שטארק א טאטע מאמע פרייען זיך ווען זיי הערן זייער קליין קינד הייבט אן רעדן האלבע ווערטער, מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, מען האט אזא תענוג און שעשועים ווען דער קינד מורמעלט עפעס ווערטער, אדער אפילו דער קינד מאכט נאר א קול. מען פריידט זיך, מען שפירט אזא געשמאק; כל שכן וקל וחומר אויבן אין הימל ווערט אזא גערודער, אזא פרייד - ווען מען הערט א קרעכץ, א קול, א ווארט, א געשריי: 'טאטע!' און זיכער ווען מען זאגט א זאץ: 'טאטע העלף מיר!' 'טאטע איך קען נישט מער!' 'טאטע איך וויל זיין גוט!' 'טאטע איך מיין נישט קיין שלעכטס!' 'טאטע, זע מיין הארץ'; עס ווערט א שמחה אין אלע וועלטן.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ די הייליגע זאך פון התבודדות. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמ): "אפילו כשאין יכולין לדבר בהתבודדות, רק תבת 'רבונו של עולם', גם כן טוב מאד", אפילו מען קען נישט רעדן קיין ווערטער, מען קען נאר זאגן 'טאטע' - איז דאס אויך זייער חשוב.


אפילו מען קען נאר געבן א קרעכץ: "אוי, אוי" - איז דאס זייער גוט. דער רבי האט געגעבן אן עצה פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן אז ער קען נישט עפענען זיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן (שם, סימן תקיא), האט אים דער רבי געזאגט: "אם כן שוכבין עצמן וגונחין גניחה אחר גניחה", אז דו קענסט נישט רעדן, דו האסט נישט קיין ווערטער - זאלסטו קרעכצן, "ועשה רבנו זכרונו לברכה בעצמו גניחות תכופות, כמרמז שכך יעשה", דער רבי האט אים געוויזן ווי אזוי דאס צו טון.


הכלל, דו גיי ווייטער אן מיט דיין צעמישטע וועג פון רעדן צום אייבערשטן. תפילה איז צוגעגליכנט צו פיילן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) תפילה איז אזוי ווי געווער, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י: "תפלה ובקשה"; ווען מען שיסט פיילן ווייסט מען נישט וואס פאר א פייל וועט ריכטיג צוטרעפן, מען שיסט פיילן, אפילו אלע פיילן וועלן גיין לאיבוד און נאר איין פייל וועט צוטרעפן - איז שוין גענוג, אזוי איז ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען ווייסט נישט וואס פאר א תפילה וועט צוטרעפן, וואס וועט מאכן א רושם. רעד ווי אזוי עס לאזט זיך, צעמישטערהייט; ווייל איין ווארט וועט אנקומען און שפאלטן אלע הימלען, עס וועט ברענגען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1327 - וויפיל מאל דארף מען זיך טרעפן פאר א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די יארן פון שידוכים, איך וויל פרעגן וויפיל מאל מ'דארף זיך טרעפן איידער מ'שליסט א שידוך, און אויף וואס דארף מען קוקן ביי א שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז פירט מען זיך אז די עלטערן מאכן רוב ארבעט פונעם שידוך; זיי פרעגן זיך גוט נאך אויפ'ן שידוך, זיי טרעפן זיך מיט די בחור אדער מיידל, נאכדעם ווען די עלטערן טראכטן אז דאס איז פאסיג - דאן טרעפן זיך די בחור און מיידל איין מאל אדער צוויי מאל, און אז עס איז דא חן צווישן זיי ענדיגט מען די שידוך.


ביי אנדערע פלעצער טרעפט מען זיך מער; איינער מער, איינער ווייניגער. ביי דעם איז נישט געזאגט געווארן 'וכל המרבה הרי זה משובח'; אז מען זעט אז די מיידל איז בא'חנ'ט, זי איז געזונט און האט יראת שמים - שליסט מען די שידוך, עס האט נישט קיין שום זין צו שלעפן צייט.


מען דארף געדענקען פון תכלית; מען טאר נישט פארגעסן וואס איז די זאך פון חתונה האבן. פארוואס האט מען חתונה? נאר ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נאר כדי מקיים זיין די מצוה פון פריה ורביה, מקיים זיין די מצוה פון זיין חתונה געהאט. מען דארף זיך טרעפן פאר די שידוך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מא.): "אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה", מען טאר נישט חתונה האבן נאר אז מען זעט די מיידל, "שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו", כדי מען זאל זיך נישט קריגן און זיך פיינט האבן חס ושלום; דעריבער טרעפט מען זיך פאר'ן שידוך, אבער סתם ארויסגיין איינמאל און נאכאמאל און א צענטע מאל און א צוואנציגסטע מאל - איז א געלעכטער, נישטא וואס צו זען יעצט וואס מען האט נישט געזען פריער, עס איז סתם ליצנות.


ווער רעדט נאך אז מען וויל שוין יא מאכן א שידוך, נאר דער יצר הרע זאגט מען זאל זיך ארום דרייען, ארויסגיין וכו' וכו', מען קומט צו שווערע ביטערע עבירות רחמנא לצלן, מען פאלט אראפ אין פגם הברית רחמנא לישזבן; פון דעם ווערט נישט קיין שידוך, פון דעם ווערט נאר אפגעשטופט די שידוך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת פְּגָם הַבְּרִית יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלֹא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין חתונה געהאט, אויב איז ער פוגם בברית - הוצאת זרע לבטלה, וועט ער זיך קריגן מיט די ווייב, ער וועט ווייטער נישט האבן זיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1326 - דארף איך זיך אריבערציען וואוינען נעבן מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל דארף איך אפגעבן א יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, די פשוטע אמונה, די עצות אויף אלע אספעקטן אין לעבן, אויף שלום בית, חינוך און נאך, דאס איז ממש מיין וועגווייזער אויף טריט און שריט. דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש, אריינצוברענגען די לימודים פון רבי'ן אין אידישע קינדער.


איך האב ברוך ה' שוין חתונה געהאט פאר אסאך יארן, מיר האבן ברוך ה' א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און אויך א גוטע פרנסה ברוך ה'. איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב דא חתונה געהאט, אבער איך קום פון א צווייטע לאנד.


מיינע עלטערן האבן שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און ברוך ה' אז זיי זענען אויך שיין מצליח אין לעבן, אבער לעצטנס האט זיך מיין טאטע פארלייגט אויף מיר און ער וויל איך זאל צוריקגיין וואוינען נעבן אים.


מיר איז דאס זייער שווער, איך האב זיך זייער גוט מסדר געווען דא שוין פאר אסאך יארן, מיין ווייב'ס גאנצע משפחה וואוינט דא, בכלל איז דאס זייער שווער זיך אויפצוהויבן יעצט מיט א גאנצע משפחה און זיך אוועקציען צו א צווייטע לאנד, און ס'איז דא אסאך פראבלעמען וואס איך קען דארט האבן, אויסער נאך אסאך סיבות פארוואס ס'איז מיר זייער שווער דאס צו טון.


פון די אנדערע זייט וויל דאך דער אייבערשטער איך זאל מכבד זיין טאטע מאמע, אפשר וועגט כיבוד אב איבער די אלע שוועריקייטן? מיין טאטע וועט זיין זייער אנטוישט אויב וועל איך זיך נישט אריבערציען נעבן אים.


איך האב שוין געמאכט אסאך התבודדות און תפלות אויף דעם, זעט אבער אויס ס'איז נאכנישט געווען גענוג. מיין טאטע דרוקט אויף מיר ווען איך קום שוין, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, זאגט דער אייבערשטער, איך רעכן עס כאילו ער איז מיך מכבד; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


קענסט בלייבן וואוינען דארט וואו דו וואוינסט; כיבוד אב מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף טון וואס די עלטערן זאגן, עס איז דא הלכות וואס מיינט כיבוד אב ואם, א גאנצע סימן אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רמ) - וואס מיינט כיבוד, וואס מיינט מורא; עס מיינט נישט צו זאגן אז יעדע זאך וואס טאטע מאמע פארלאנגען פון די קינדער מוזן די קינדער טון, דו זיי מכבד דיינע עלטערן; רוף זיי יעדן איינציגסטן טאג, דערצייל זיי פון דיינע קינדער, דערצייל זיי שיינע זאכן, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון השגחה פרטיות; דו דארפסט נישט אהין גיין וואוינען.


די גרעסטע כיבוד אב איז, ווען די עלטערן זעען זייער קינד לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים (עיין קיצור שלחן ערוך הלכות כיבוד אב ואם, סימן קמג). ווער עס וויל באמת מכבד זיין זיינע עלטערן זאל לערנען די הייליגע תורה און עוסק זיין אין מצוות ומעשים טובים, דאס איז דער גרעסטער כיבוד אב וואס עס איז נאר שייך, מענטשן זאגן: "וואויל איז פאר די עלטערן וואס האבן מגדל געווען אזא קינד", חס ושלום, אז מען גייט נישט בדרך התורה - דאן ווערן די עלטערן זייער פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1325 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין אינגל וועלן גיין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן מיט שלום בית, פרנסה, דרך הלימוד, חינוך און נאך און נאך. איך ווייס יעדן טאג פון לעבן אז אויב איך וועל גיין מיט די שכל פון עצתו אמונה, וועל איך מצליח זיין.


מיין יונגסטער זון גייט ווערן דריי יאר אין בערך צוויי חדשים ארום, וויל איך פרעגן ווען איז די פריעסטע עלטער וואס מ'קען נעמען א קינד אין מקוה ערב שבת.


מיין עלטערער זון גייט שוין ווערן אכט יאר און ער איז נאכנישט געווען אין מקוה, און דאס שטערט מיר זייער. אין אנהייב האט זיך עס אנגעהויבן ווען איך האב געהאט א דזשאב וואס איך האב געארבעט פרייטאג ביז צום זמן, למעשה האט ראש ישיבה מיר געגעבן אן עצה צו נעמען א צווייטן וואס זאל טון מיין ארבעט פרייטאג. שפעטער האט זיך אינגאנצן געטוישט מיין ארבעט, אבער די זאך פון נעמען מיין זון אין מקוה האב איך נישט פארראכטן, יעדע וואך מיט אן אנדערע מעשה, ער זאגט אז ער וויל נישט גיין, ער זאגט אז עפעס באדערט אים, איך ווייס נישט וואס, אפאר מאל פרעג איך אים ניטאמאל ווייל איך ווייס נישט וואס איך זאל טון ווען ער זאגט אז ער וויל נישט גיין. אפאר מאל האב איך געטראכט צו גיין שטרענג, ווער ס'איז נישט געווען אין מקוה קען נישט האבן שבת קיין גרעיפ דזשוס, סאדע אדער נאש, אבער יעצט האב איך שוין בלבולים וואס די ראש ישיבה זאגט אז ווען קינדער ווערן גרעסער קען מען נישט צווינגען ווייל שפעטער וועט ער נישט טון די זאך וואס מ'האט אים געצווינגען.


יעדן פרייטאג טראכט איך וואס פארא וועג צו גיין און איך קען נישט מחליט זיין, איך האב אים שוין צוגעזאגט אסאך גוטע זאכן אויב ער וועט גיין אין מקוה, אבער דערווייל האט גארנישט געארבעט. איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, איך האב געקענט טון בעסער, אבער איך וויל דאס פאררעכטן, וויאזוי זאל איך דאס פאררעכטן?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס עלטערן דארפן זיך פארלייגן ביי חינוך הבנים והבנות - איז אויסלערנען די קינדער אז מען מוז פאלגן טאטע מאמע, דאס איז דער יסוד ביי חינוך, דאס דארף מען טון ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין, ביי צוויי יאר, דריי יאר אלט - ביז די קינדער לערנען זיך אויס צו פאלגן די עלטערן.


רוב עלטערן ווייסן דאס נישט; מען טראכט נישט, אדער מען ווייסט נישט, אדער האט מען נישט קיין כח, מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן, די קינדער וואקסן אויף אן דרך ארץ און שפעטער ווען זיי ווערן עלטער קומט ארויס די חוצפה זייער שטארק, דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט קען מען זיי שוין שווער בייגן צום גוטן.


יא מקוה, נישט מקוה - נישט דאס איז דיין פראבלעם; מען קען זאגן אז מען דארף גיין אין מקוה און מען קען זאגן אז עס איז נישט געפערליך אז דער קינד וויל נישט גיין, נישט דאס איז דער פראבלעם, דיין פראבלעם איז אז דיינע קינדער דארפן וואקסן געזונט, זיי דארפן וויסן אז א טאטע מאמע זאגן יא איז יא און אז טאטע מאמע זאגן ניין איז ניין, מען קען נישט זאגן פארקערט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו דיינע קינדער, ווי אזוי זיי מחנך זיין, ווי אזוי זיי פרייליך מאכן; מיט תפילה וועסטו זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע אייניקלעך, עס וועלן זיך ציען שיינע דורות פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1324 - ווי אזוי האלט מען זיך פרייליך און גוטמוטיג כסדר?
שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך זע דעם ראש ישיבה, זעט ער אלץ אויס פרייליך און גוטמוטיג, איך וויל וויסן ווי אזוי מ'מאכט דאס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון זיין פרייליך; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אז מען מוז זיין פרייליך, מען מוז זיך שטארקן אויף אלע וועגן צו זיין פרייליך; דאס איז די טיר אריין צו גיין צו די קדושה.


דער רבי געבט אן עצה ווען מען איז נישט פרייליך - ווי אזוי מען קען ווערן פרייליך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עד): "ואם לפעמים דעתו מבולבל ואינו יכול בשום אופן לשמח עצמו", אז עס מאכט זיך א צייט וואס מען איז נישט פרייליך, מען איז זייער צעטומלט, "אז עצתו שיעשה עצמו כאלו הוא שמח", די עצה פאר דעם איז מען זאל זיך מאכן כאילו מען איז פרייליך, "ואף על פי שבתחלה עדיין אין השמחה באמת בלב", אפילו אין אנהייב וועט עס נישט העלפן, עס וועט זיין נאר א געמאכטע שמחה, אין הארץ וועט מען נישט זיין פרייליך, - "אף על פי כן, על ידי שעושה עצמו כאלו הוא שמח, על ידי זה יזכה אחר כך באמת לשמחה", דאך וועט עס העלפן אז מען וועט טאקע ווערן עכט פרייליך, "ועצה זאת היא עצה גדולה מאד, גם בכל הדברים שבקדושה", די עצה איז אן עצה פאר אלע זאכן אין קדושה; "שבתחלה צריכין לעשות עצמו כאלו הוא להוט אחר אותו הדבר שבקדושה, ואחר כך זוכין באמת לזה", אין אנהייב זאל מען זיך מאכן ווי מען וויל עס, ווי מען האט דאס, נאכדעם איז מען זוכה צו די זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1323 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1322 - ווי אזוי נעמט מען אוועק קנאה צווישן חתונה געהאטע געשוויסטער?
צניעות, שבת טיש, משפחה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט לעצטע יאר ברוך ה', זי איז זייער א שטילע און צוריקגעצויגענע, אבער מיין עלטערע טאכטער איז פונקט פארקערט, זי איז זייער לעבעדיג און רעדט א גאנצע צייט. און ווען עס קומט אויס אז זיי זענען ביידע ביי מיר אויף סעודות שבת, רעדט די עלטערע די גאנצע צייט און די יונגערע רעדט גארנישט, און איך זע אויף איר מאן אז עס טוט אים זייער וויי, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך פרוביר אז זיי זאלן נישט קומען צו די זעלבע סעודות צו מיר, אבער איך קען עס נישט אלץ אזוי אויסארבעטן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג וואס צו טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אז דיין שטוב זאל זיין איידל, דיין שבת טיש זאל זיין מיט יראת שמים, ווען חתונה געהאטע געשוויסטער קומט זיך צאם זאל דאס זיין איידל און באשיידן. לערן דיינע קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן איידל, לערן זיי ווי אזוי צו רעדן אין געגנווארט פון פרעמדע מענער; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר טעכטער צו שמועסן מיט טאטע מאמע, אבער אז עס זיצן ביים טיש פרעמדע מענער, אפילו שוואגערס - דארפן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן וכו'.


דו דארפסט אויסלערנען דיינע טעכטער צניעות; עס האט נישט צו טון אויב איינער איז א שטילער און איינער איז מער רעדעוודיג, אפילו ביידע וואלטן געווען רעדעוודיג דארף מען זיי אויסלערנען ווי אזוי צו רעדן ביים טיש ווען עס זיצן שוואגערס. מענטשן זענען זיך טועה, מען מיינט אז מען מעג זיך האלטן נאנט מיט שוואגערס און שוועגערינס, עס איז גאר הארב, עס איז דא הלכות ביי הלכות יחוד ווען מען קען מקיל זיין, ווי צום ביישפיל ווען עס איז 'בעלה בעיר', אבער ביי נאנטע משפחה, שוועגערינס, שוואגערס, - דארט קען מען נישט נוצן דעם היתר, דארט איז הארבער.


וואויל איז דעם וואס היט זיין שטוב, ער איז מחנך די קינדער, זין און טעכטער - ווי אזוי זיך צו פירן ווען די משפחה קומט זיך צאם, מען זיצט איידל, דער שבת טיש איז פול מיט יראת שמים; וועט ער זוכה זיין צו די ברכה (תהלים קכח, ג): "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים, סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1321 - מעגן די מיידלעך אין מיין אפיס ארבעטן מיט וואטסעפפ?
צניעות, קאמפיוטער, פרנסה, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א דאנק פאר אלע חיזוק און שיעורים.


איך האב א ביזנעס, מיט היימישע מיידלעך וואס ארבעט פאר מיר. איך נוץ וואטסעפפ צו זיין אין פארבינדונג מיט מיינע קאסטומערס, מיין שאלה איז אויב איך מעג געבן פאר די מיידלעך צוטריט צו וואטסעפפ, אזוי וועל זיי גרינג קענען אריבערשיקן די מעסעזשעס וואס די קאסטומערס שיקן מיר, און אויך וועלן זיי זיך קענען גרינגער פארבינדען מיט קאסטומערס, און די ארבעט וועט געטון ווערן גרינגער און שנעלער.


איך וויל האבן א דעת תורה אויף דעם ענין, אויב איך מעג דאס טון אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אז די ביזנעס זאל זיך פירן מיט יראת שמים, עס זאל זיין גדרי צניעות, מען זאל נישט רעדן היימיש און ארום לאכן; נאר אזוי וועסטו מצליח זיין. אויב מען פירט זיך נישט בקדושה, מען פירט זיך נישט אויף איידל; מענער לאכן מיט די מיידלעך, מען רעדט היימיש, דעמאלט וועט אוועק גיין די שכינה הקדושה, אזוי ווי עס שטייט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועקגיין פון צווישן אייך; דעמאלט וועט די גאנצע ביזנעס ביים סוף צעפאלן, עס וועט דיר גארנישט בלייבן.


מען קען פירן די ביזנעס לויט די היינטיגע וועג; אמאל האט מען זיך פארבינדן מיט א וואקי-טאקי היינט איז דאס וואטס-עפפ, עס מאכט נישט אויס ווי אזוי מען פירט די ביזנעס, עס מוז אבער זיין יראת שמים, עס מוז זיין גדרי צניעות; עס טאר נישט זיין קיין היימישקייט צווישן מענער און פרויען.


פארשטייט זיך אז די קאמפיוטערס און טעלעפאנס דארפן זיין געפילטערט כדי מען זאל נישט אריינגיין אין שלעכטע פלעצער.


שטיי שטרענג אויף די ארבעטערס, שטיי שטרענג אויף די גדרים פון צניעות - וועסטו זייער שטארק מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1320 - חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, חסידות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים, און פאר'ן ספר "עצתו אמונה", וואו איך טרעף תשובות אויף כמעט אלע מיינע פראגעס. ברוך ה' אז איך בין געוואויר געווארן אז לעבן איז א זיסע זאך, פארשטייט זיך ווען עס איז מיט'ן אייבערשטן. בזכות דעם ראש ישיבה שליט"א גיי איך יעצט אי"ה ענדיגן ששה סדרי משנה צום צווייטן מאל, און אזוי אויך בין איך מעביר סדרה יעדע וואך.


מיין שאלה איז אזוי, דער הייליגער רבי זאגט דאך אז מ'זאל נישט לערנען קיין חקירה ספרים, וויל איך וויסן אויב דער הייליגער ספר התניא איז אויך אריינגערעכנט אין ספרי חקירה, און בכלל אויב די שיטה פון חב"ד און ברסלב זענען סותר איינער דעם צווייטן.


אויך האב איך געוואלט דאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן אריינברענגען אין מיר די זאך פון התבודדות, וואס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע אמונה און רואיגקייט דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, און איר זאלט האבן אסאך אידיש נחת פון אייערע קינדער און תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בכלל נישט; ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט חב"ד, ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און קיינער איז נישט קיין סתירה מיט אן אנדערן, ווייל כלל ישראל איז געבויט אזוי ווי א געשטאלט, דער איז איין חלק און אן אנדערער איז א צווייטע חלק.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, די צען ספירות ווערט איינגעטיילט אין פיר חלקים. די מקומות וואס רעדן און לערנען מוסר און דרוש, דאס קומט פון די ספירות נ'צח, ה'וד, י'סוד און מ'לכות, - ראשי תיבות נהי"ם. די צווייטע חלק איז אלע חסידי'שע פלעצער וואס האבן געלייגט א שטארקע געוויכט אויף טון מצוות בשמחה, טון מצוות מעשיות, ליב האבן די מצוות פונעם אייבערשטן וכו' וכו', דאס קומט פון די ספירות ח'סד, ג'בורה און ת'פארת - ראשית תיבות חג"ת. נאכדעם איז דא די ספרים פון די ליובאוויטשער רבי'ס - אנגעהויבן פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, זייער וועג איז זיך מתבונן זיין זייער טיף אין אלוקית. דאס קומט פון די ספירות ח'כמה, ב'ינה און ד'עת - ראשי תיבות חב"ד. נאכדעם קומט דעם רבינ'ס וועג, די וועג פון התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ביז מען ווערט אנגאנצן בטל ומבוטל צום אין סוף ברוך הוא, דאס איז כת"ר, דאס איז זייער א הויכע דרגה. צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין צוצוקומען, אפילו דער וואס איז שוין אזוי שטארק אראפגעפאלן, ער ליגט אין שאול תחתיות ומתחתיו רחמנא לצלן, אויב וועט ער נעמען די עצה פון רבי'ן, ער וועט רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער חבר, ער וועט וויינען, ער וועט ארויסזאגן אלע זיינע רצונות ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד - וועט ער זוכה זיין צוצוקומען צו די העכסטע דרגות שבעולם.


יעדער האט זיין וועג, אינאיינעם זענען אלע אידן איין געשטעל, יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים; כל זמן מען גייט נישט אוועק פון שלחן ערוך קיין זוז כלשהו - קען יעדער גיין זיין וועג, מען דארף זיך אבער נישט קריגן, מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1319 - כ'האב זיך געווארפן מיט שידוכים, וואס טו איך יעצט?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער באנארישט, איך האב זיך געווארפן מיט שידוכים, מען האט גערעדט פאר מיר א שידוך שוין ביי די אכצן יאר, איך האב אבער נישט געוואלט, מיין טאטע האט מיר זייער צוגערעדט אבער איך האב אפגעזאגט ווייל איך האב זיך אויסגע'דמיונ'ט אז איך דארף האבן עפעס גאר א ספעציעלע שידוך, און יענע שידוך איז די מיידל אויך געווען פון אן אנדערע שבט.


היינט קוק איך זיך ארום, איך זע אלע מיינע חברים מאכן שוין שמחות, און פאר מיר טראגט מען שוין לאנג נישט אן קיין שידוכים, איך דריי זיך ארום אליין, היינט וואלט איך שוין מסכים געווען צו סיי וועלכע שידוך, איך וואלט גענומען די ערשטע וואס מ'טראגט אן, איך וואלט זיך איינגעשפארט אזויפיל עגמת נפש אויב איך וואלט גענומען די ערשטע וואס מ'האט מיר אנגעטראגן.


איך האב זייער חרטה אויף דעם וואס איך האב יונגערהייט אפגעזאגט שידוכים, איך בין מתפלל יעדן טאג פאר א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל קומען. איך דארף א ברכה, איך דארף אן עצה, און איך דארף א לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז די צרה פארוואס עס איז דא אזויפיל בחורים און מיידלעך, ווייל מען קלויבט זיך; מען דמיונ'ט זיך אויס א דמיון, א שיינע משפחה, א רייכע שידוך, און דערווייל גייען אריבער כמה וכמה שנים, מען ווערט עלטער און עלטער, דאס איז אלץ פון גאוה; מען מאכט אלעס אוועק, עס פאסט נישט וכו' וכו'. אזוי דריידט מען זיך ארום זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן.


אז דו ווילסט חתונה האבן - זאלסטו נישט אפזאגן קיין שידוך. אז מען טראגט דיר אן א שידוך, די מיידל איז געזונט און זי וויל אויפשטעלן א שטוב, ערליכע דורות - זאלסטו גיין צום שידוך. קוק נישט אויף גארנישט, איין זאך זאלסטו קוקן - ווי פריער חתונה האבן. אז דו וועסט זיך וועלן, דו וועסט אפזאגן שידוכים - וועסטו זיך זען אריבערגיין די לעבן מיט גארנישט.


זע צו זאגן יעדן טאג די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המידות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1318 - האט מוהרא"ש זי"ע געהאט רוח הקודש?
מוהרא"ש, רוח הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מוהרא"ש זי"ע האט געהאט רוח הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שאלה איז וואס מיינט ביי דיר רוח הקודש? צו קענען אריינקוקן ביי יענעם אין שטוב זען וואס יענער טוט, וואס יענער עסט פאר נאכטמאל - דאס מיינט רוח הקודש? צו וויסן וואס פאר א פרישטאג יענער עסט - דאס מיינסטו איז רוח הקודש? ווען מען הערט און מען ליינט אויף צדיקים אז זיי האבן געהאט רוח הקודש, וואס טראכסטו? וואס איז דאס רוח הקודש? די צדיקים זיצן ביי זיך אין שטוב און האבן אזוי ווי א סעטעלייט קאמערע צו וויסן וואס יענער עסט? וואס יענער טוט?


רוח הקודש מיינט נישט צו זאגן אז מען ווייסט עתידות, אז מען ווייסט וואס גייט זיין; רוח הקודש איז ווען א מענטש איז זוכה, ער שפירט נאר דעם אייבערשטן, און צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין. ווען א מענטש רייניגט זיך זיין מויל - ער רעדט נישט קיין שלעכטס, ער רעדט נישט קיין שקר, ער זאגט נישט קיין ליגנט; ער רייניגט זיך זיין נאז - ער האט יראת שמים, ער רעגט זיך נישט אויף, ער האט אזא שטארקע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ער רייניגט זיך זיינע אויערן - דאס מיינט ער האט אמונת חכמים, ער גלייבט אלעס וואס די הייליגע חכמים זאגן, דאס גייט ארויף אויף די אויערן; און ער רייניגט זיך די אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס - וועט ער זוכה צו שפע אלוקי, ער וועט שפירן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז ער זוכה צו רוח הקודש. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כא): "רוּחַ הַקֹּדֶשׁ הוּא שֶׁפַע אֱלֹקִי", צו דעם איז מען זוכה אז מען רייניגט זיך די זיבן נרות - די אויגן, אויערן, נאז און מויל, "שֶׁעַל יָדָם", דורך דעם: "הָאָדָם מַשִּׂיג פְּנֵי הַמְּנוֹרָה, הַיְנוּ סֻכָּה", רוח הקודש ווערט אנגערופן סוכה, אזוי ווי אין א סוכה איז מען איבערגעדעקט מיט די סכך, דער מענטש זיצט אין א סוכה פון אייבערשטער, ער איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, "הַיְנוּ שֶׁפַע אֱלֹקִי", דעמאלט הייבט מען אן שפירן דעם אייבערשטן, "וְרוּחַ הַקּדֶשׁ נִקְרָא עַל שֵׁם הַחָכְמָה, שֶׁהִיא רוּחַ חָכְמָה הַבָּא מִקֹּדֶשׁ", מען הייבט אן שפירן זאכן וואס א צווייטער שפירט נישט, מען הייבט אן ווערן א מבין דבר מתוך דבר, מען איז זוכה צו גרויסע השגות.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אזעלכע לימודים אז יעדער איד קען זוכה זיין צו רוח הקודש. מוהרא"ש האט קלאר געזאגט: "ווער עס וועט לערנען יעדן טאג חומש רש"י פונעם טאג פון די פרשה פון יענע וואך, זאגן אכצן פרקים משניות, לערנען זיבן בלאט גמרא און ענדיגן די מדרש פון פרשת השבוע - איז זיכער אז ער וועט זוכה זיין צו האבן א קלארע רוח הקודש. ווייל די פיר לימודים זענען אנטקעגן די פיר וועלטן אצילות, בריאה, יצירה און עשיה; דורך די פיר לימודים איז מען ממשיך אויף זיך א הייליגקייט פון די פיר וועלטן, ביז מען איז זוכה צו רוח הקודש".


אז דו ווילסט האבן רוח הקודש וועל איך דיר שרייבן נאך עצות ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו דעם. קודם נעם די עצה, הייב אן לערנען פלייסיג די הייליגע תורה; אז דו פארשטייסט נישט, דו קענסט נישט לערנען אזויפיל - זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין. לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, טייל איין די פרשה לויט די וואך, זונטאג לערן ביז שני, מאנטאג - ביז שלישי, ביז סוף וואך. הייב אן לערנען משניות אפילו אן פארשטיין; זיי זיך נישט מבלבל אז דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער, און הייב אן ש"ס; לערן יעדן טאג זיבן בלאט גמרא, ביז סוף יאר וועסטו ענדיגן גאנץ ש"ס, אויך לערן מדרש - וועסטו זען צו וואס דו וועסט זוכה זיין, צו רוח הקודש.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1317 - זאל מיין ווייב משקיע זיין געלט אין א ביזנעס?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מ'טראגט אן פאר מיין ווייב צו פארקויפן געוויסע זאכן אין שטוב, מ'דארף משקיע זיין 2000 שקל, און נאך א יאר אויב ס'איז נישט געגאנגען קען מען צוריק באקומען די געלט. די זאך ארבעט אז מ'פארדינט אויך געלט אויב מ'ברענגט אריין נאך מענטשן וואס זאלן דאס פארקויפן. אין די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל איז דאס יעצט א גרויסע מדובר, אויך פאר מיין שוועסטער האט מען עס אנגעטראגן, און מיין ווייב וויל וויסן צי ס'לוינט זיך אריינצוגיין אין דעם. איר שוועגערין, וואס איז א פארקויפערין פון די זאכן, האט גערעדט מיט איר און זי מאכט געלט אויב זי ברענגט נאך א פארקויפערין, און איר שוועגערין האט איר אויך געזאגט אז זי מאכט נישט צופיל געלט ווייל זי ארבעט נישט גענוג שעות פאר דעם אבער אנדערע מאכן אסאך געלט, אפשר 6000 שקל א חודש. אזוי אויך האט זי איר געזאגט אז די גוט גייענדע זאכן פעלן יעצט פון די קאמפאני וועגן קאראנע, קויפט זי עס יעצט פון אנדערע פארקויפערינס, און זי פארדינט גארנישט דערפון, נאר כדי צו האלטן אירע קאסטומערס.


מיין ווייב וויל וויסן אויב מ'זאל דאס פרובירן, אדער אפשר איז דאס עפעס וואס קוקט נישט אויס גוט ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לאז זיך אפ פון די זאכן; יעדע שטיק צייט פארדריידט מען די קאפ מיט די זאכן, מען רעדט איין מענטשן אז מען וועט ווערן א גרויסער עושר אויב מען וועט ברענגען צען מענטשן וואס די מענטשן וועלן ברענגען צען מענטשן וואס די מענטשן וועלן ברענגען וכו' וכו'.


לאז דיין ווייב זיין באשעפטיגט אין שטוב מיט די קינדער, זי דארף נישט ארבעטן; זי דארף נישט נאכשפרינגען יעדע שוועסטער אדער שוועגערין.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1316 - וואס טוט מען ווען די שנור האט נישט רעספעקט פאר איר מאן?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"


איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.


איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".


עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.


א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!


דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1315 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן ווען מיין זון רעדט ברבים קעגן אידן?
התחזקות, קינדער, צרות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א צעבראכענע מאמע, מיין זון האט ליידער אפגעלאזט אידישקייט, און איך ווער קראנק פון דעם, איך קען נישט געפינען קיין טרייסט, די הארץ וויינט מיר ווען מיין זון דרייט זיך ליידער ארום און ער באשמוצט אונזער טייערע הייליגע פאלק, ער גייט צו די גוי'אישע מידיא און פארשעמט אונז מיט שרעקליכע נידריגע ליגנטס קעגן די הייליגע אידישע פאלק.


איך קען זיך נישט טרייסטן, איך הער נישט אויף צו טראכטן אז איך האב געבורין דאס קינד, איך האט געהאדעוועט דאס קינד, פארוואס? פארוואס בין איך אריבער די פילע צער פון זיך אפגעבן מיט דאס קינד, פון האדעווען און פיטערן? איך ווייס נישט אויב איך וועל עס אריבערטראגן, איך פיל ווי מיין הארץ גייט פלאצן פון צער און איך וועל איבערלאזן מיינע איבריגע קינדער יתומים'לעך.


איך וויין! טייערער ראש ישיבה, עס האט מיר קיינמאל נישט אויסגעפעלט אזוי שטארק אייערע דרשות ווי יעצט, מיין איינציגע טרייסט זענען אייערע ווערטער און אייערע בריוו. איך שלאף נישט קיין נעכט, מיין זון עסט נבילות און טריפות, ער גייט צו גוים פארשעמען אידישע קינדער, איך בעט אייך העלפט מיר אדורכטראגן די שרעקליכע צרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז ביים סוף וועלן אלע אידן תשובה טון, משיח צדקינו וועט צוריק ברענגען אלע פארפאלענע און פארשטויסענע אידן; אלע וואס ווייסן אפילו נישט אז זיי זענען אידישע קינדער - וועלן צוריק קומען צום אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (ישעיה כז, יג): "וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם וְהִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלִָם", אלע פארלוירענע און פארשטויסענע וועלן קומען קיין ירושלים זיך בוקן צום אייבערשטן; א איד קען נישט פארפאלן ווערן, א איד בלייבט א איד, ביים סוף וועלן אלע תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (שמואל ב יד, יד): "וְחָשַׁב מַחֲשָׁבוֹת לְבִלְתִּי יִדַּח מִמֶּנּוּ נִדָּח", א איד ווערט נישט פארשטויסן, ביים סוף וועלן אלע צוריק קומען צום אייבערשטן.


טראכטס נישט אז איר האט געארבעט אומזיסט; חס ושלום זאגן אז אייער ארבעט פון האבן די קינד איז געווען אומזיסט, דער רבי האט געזאגט: "אפילו עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען היטן אידישקייט, די קינדער וועלן זיך פירן ווי גוים רחמנא לצלן, זאל מען ווייטער חתונה האבן און האבן קינדער, ווייל ביים סוף וועלן אלע קינדער, אפילו וואס לאזן אפ די אידישע וועג השם ישמרינו - זיך אומקערן צום אייבערשטן"; דארף מען האבן קינדער אין אלע צייטן.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייערע איבערגעבליבענע כוחות, איר דארפט ווייטער אויפצוען אייערע קינדער, זיי דארפן אייך פאר א מאמע. איך ווייס אז עס איז אייך טונקל און פינסטער, די וועלט האט זיך געענדיגט ביי אייך, אייער צער איז אומדערטרעגליך; עס איז נישטא נאך אזא צער ווי עלטערן וואס די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג, עס איז נישט משיג צו זיין די צער, דאך דארפט איר זיך שטארקן מיט אייערע כוחות צו טון ווייטער דעם רצון השם.


אסאך גרויסע צדיקים האבן געהאט קינדער וואס זענען אוועק פון די אידישע וועג, פון די תורה וועג; דאך האבן זיי נישט געהאט קיין קשיות און תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייער קינד און אלע אידן זאלן זוכה זיין תשובה צו טון, אלע זאלן זיך אומקערן צום אייבערשטן. אין ברסלב איז דא מעשיות פון אנשי שלומינו וואס האבן פארלוירן זייערע קינדער, די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג און די עלטערן האבן געדאווענט און געדאווענט אויף זיי, ביז זיי האבן תשובה געטון און עס איז געבליבן פון זיי ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1314 - קען א פשוטער איד צוקומען צו די מדריגות פון צדיקים?
צדיקים, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך זאגן אז יעדער קען צוקומען צו אלע מדריגות און השגות פון די גרויסע צדיקים, למעשה זעט מען דאך אזויפיל אידן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט א שטארקייט, און זיי קומען נישט צו צו קיין מדריגות, וואס איז פשט פון דעם? און וואס איז יא דער וועג צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות פון די צדיקים?


אויך איך האב געזען קונטרס העבודה פונעם מהרש"ב פון ליובאוויטש זי"ע אז ווען מ'האט הנאות גשמיות, קען מען נישט שפירן קיין חיות אין עבודת ה'. איז שייך היינטיגע צייטן זיך אינגאנצן אפצושיידן פון הנאות גשמיות פון די וועלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שאלה האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן. (שיחות הר"ן, סימן קע): "פַּעַם אַחַת שָׁאַלְתִּי אוֹתוֹ", איך האב געפרעגט דעם רבי'ן, "מַדּוּעַ כַּמָּה יְרֵאִים הִתְיַגְּעוּ בַּעֲבוֹדַת ה' הַרְבֵּה מְאֹד (שֶׁקּוֹרִין הָארִיוֶוין) וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגַת הַצַּדִּיקִים הַגְּדוֹלִים", מען זעט דאך אזויפיל ערליכע אידן וואס האבן זייער אסאך געדינט דעם אייבערשטן און זיי האבן נישט זוכה געווען צוצוקומען צו די מדריגה פון צדיקים? "הֵשִׁיב בִּפְשִׁיטוּת", האט מיר דער רבי געענטפערט: "מִסְּתָמָא לֹא הִתְיַגְּעוּ כָּל כָּךְ", מן הסתם האבן זיי נישט געהאריוועט.


אויף דיין צווייטע שאלה; עס איז דא כמה דרכים ביי צדיקים וואס איז די וועג זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן, עס איז געווען וואס האבן געהאלטן מען זאל זיך אפשיידן, זיך אינגאנצן אפטיילן פון עולם הזה; דאס איז א שווערע וועג, זייער ווייניג זענען זוכה זיך צו קענען אויסארבעטן, נישט האבן קיין שייכות מיט עולם הזה. דער רבי האט א וועג וואס איז גרינג פאר אלעמען, אנשטאט זיך שלאגן מיט די וועלט, אנשטאט זיך שלאגן ווען מען איז עוסק אין וועלט זאכן נישט הנאה צו האבן - זאל מען ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די זאכן; למשל, אז מען עסט - זאל מען טראכטן: 'איך עס כדי איך זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן', אז מען האט הנאה פון די עסן - זאל מען טראכטן: 'ווער מאכט די עסן? ווער מאכט די געשמאקע הנאה? דאס איז פונעם אייבערשטן', זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן; אזוי איז אין אלע זאכן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "בֶּאֱמֶת אֵין נִמְצָא שׁוּם תַּאֲוָה כְּלָל", ווי איז שייך בכלל תאוות? "כִּי אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה הוּא הֶכְרֵחַ לְקִיּוּם הַגּוּף", עסן דארף מען כדי מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען צו קענען דאווענען און לערנען, "וְגַם בָּנִים מֻכְרָחִים לְהוֹלִיד", חתונה האבן דארף מען צו קענען טון דעם רצון פונעם אייבערשטן - מקיים זיין די מצוה פון פריה ורביה, ווי איז שייך תאוות?! די וועג קענען אלע טון, אפילו מיר פשוט'ע מענטשן קענען אויך זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י; שיחות הר"ן, סימן קנד; ועוד): "איך האב זוכה געווען צו קומען צו מיין דרגה דורך אסאך התבודדות און תפילה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1313 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט גרויסע פחדים?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע עצות און שכל וואס איר געבט פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, און פאר וועם נישט. איך בין ברוך ה' א מלמד, און איך שעפ מיין חכמה פון אייערע בריוון, גליונות שיעורים, חיזוק יומי, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס איז א שרעקליכער פחדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם אדרעסירן דעם פראבלעם, אבער היות איך הער אויס יעדע שיעור, בין איך אנגעקומען צו א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט איבער די מלמדים אין קרית ברסלב ווי זיי געבן אכטונג אויף די כבוד פון די קינדער און אויף זייערע געפילן, הער איך דארט ווי דער ראש ישיבה דערציילט פון א קינד וואס איז אריין אין א פחד אז דער מלמד אדער באס דרייוער גייט אים איבערלאזן, און דער ראש ישיבה רעדט דארט ארום ווי אזוי מען אכטונג אויף דעם קינד, דער מלמד מאכט עס מיט חכמה נישט איבערצולאזן דאס קינד קיינמאל אליין.


איך וויל וויסן אויב דאס איז אן הנהגה אזוי זיך צו פירן מיט א קינד וואס האט פחדים, ווייל איך טראכט אז מען קען דאך נישט באגלייטן דאס קינד זיין גאנץ לעבן, ווי אזוי לערנט מען אויס אזא קינד זיך צו ספראווען מיט די פחד? איז דאס טאקע די לעזונג אז דער מלמד זאל מיטנעמען דאס קינד מיט זיך איבעראל וואו ער גייט? דאס קינד וועט דאך אזוי זיך נישט אויסלערנען צו לעבן נארמאל?


איך פרעג ווייל איך האב יעצט אזא קינד אין מיין קלאס וואס האט שרעקליכע פחדים, איך הייב אים אויף, און איך רעד אסאך מיט אים אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן, אבער דער חלק אז ביזדערווייל באגלייט מען דאס קינד כסדר, כאפ איך נישט געהעריג. איך וועל זיך פרייען צו האבן א קלארע מהלך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער, דיינע תלמידים – אמונה, רעד אסאך פון אייבערשטן, ווי מער דו וועסט רעדן דיבורי אמונה - אלץ מער וועלן זיי נישט מורא האבן, ווייל אמונה נעמט אוועק אלע פחדים.


בנוגע דיין תלמיד וואס האט שטארקע פחדים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אים און דו וועסט רעדן צו אים פון אייבערשטן - וועט ער ווערן א געזונט קינד.


אז דו רעדסט פון די מעשה וואס מיר האבן געהאט אין חדר אין קרית ברסלב ליבערטי, וועל איך דיר דערציילן די סוף פון די מעשה.


פאר לאנגע חדשים האט דער קינד נישט געהאט קיין מנוחה, ער פלעגט זיך ווארפן פאר שרעק, עס איז אריין אין אים א פחד נאכדעם וואס א באס דרייווער האט געוואלט מאכן סדר צווישן די לעבעדיגע קינדער וואס טאנצן און שפרינגען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג אהיים, ער האט געזאגט פאר די קינדער: "ווער עס גייט נישט פאלגן וועט נישט קענען מיט קומען אויפ'ן באס, ער וועט בלייבן אליין אין חדר!" דער קינד האט דאס אנגענומען זייער ערנסט, עס איז אריין אין אים א פחד אז מען גייט אים איבערלאזן אין חדר, ער האט מער נישט געוואלט קומען אין חדר; גאנצע טעג איז ער געבליבן אין שטוב און ווען זיינע עלטערן האבן אים געהייסן גיין איז ער געגאנגען מיט וויינען און שרעק.


אין חדר האט ער זיך נישט אוועק גערירט פון זיין מלמד; דער מלמד איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער, פלעגט ער אים מיט נעמען מיט זיך, ער האט זייער אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דער מלמד איז געגאנגען אין אפיס - איז ער מיט געגאנגען, ווען ער איז געגאנגען רעדן אויפ'ן טעלעפאן - איז ער מיט געגאנגען. די קינדער פון כתה האבן אים מקנא געווען, ער פלעגט זאגן פאר זיינע עלטערן 'די קינדער זענען מיר מקנא, זיי מיינען אז איך גיי מיט די רבי ווייל איך בין א מיוחס, זיי ווייסן נישט וואס פאר א יסורים איך האב'.


ער פלעגט אהיים גיין א שעה פריער ווייל די לעצטע שעה פלעגט ער זיך ממש ווארפן פאר שרעק אז אפשר גייט מען אים איבערלאזן. ער האט נישט געוואלט גיין זונטאג און פרייטאג אין חדר, ווייל דעמאלט האט ער נישט קיין וועג אהיים פריער.


עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס ער איז אריבער די פאר חדשים; די עלטערן האבן נישט געהאט קיין מנוחה, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי האבן פארגאסן אסאך טרערן צום אייבערשטן, איך האב אסאך געבעטן פאר'ן קינד און דער מלמד האט אסאך מתפלל געווען פאר'ן קינד.


דער סוף פון די מעשה איז, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב דעם יום טוב שבועות; דערציילט מיר דער טאטע פונעם קינד אז זיין זון זאגט אים ער ווייסט נישט פארוואס ער האט אזוי מורא געהאט, ער קען נישט פארשטיין וואס איז דא מורא צו האבן...


אזוי אויך דערציילט מיר דער טאטע, אז זיין קינד האט נישט געוואלט גיין אין שול ווייל אויפ'ן וועג זענען דא הינט וואס בילן, דער קינד פלעגט האבן שרעקליכע פחדים פון די הינט. די עלטערן האבן אלץ גערעדט פון אמונה אז קיינער קען גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער; די הינט בילן - אבער קענען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט אונז, אז מען בעט דעם אייבערשטן פאסירט גארנישט; ביז דער קינד האט שוין נישט מורא, ער גייט אין שול אן קיין שום פחד, דאס איז די איינציגטסע עצה אוועק צו נעמען שרעק, רעדן פון אמונה.


מען דארף האבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן אמונה, ווייל מען קען נישט לערנען אמונה מיט תלמידים נאר אז מען האט אליינס א שטארקע אמונה; אז דער מלמד אליינס קווענקלט און איז נישט זיכער מיט אמונה, ער אליינס פאר זיך האט פחדים, ער נעמט פילן פאר פחדים - ווי אזוי קען ער העלפן זיינע תלמידים?


וואויל איז דער וואס איז מקורב צום רבי'ן, דער האט א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1312 - ווי אזוי געוואוין זיך אפ פון זיין פארנומען מיט'ן אינטערנעט?
קדושה, סמארטפאון, מקוה, אינטערנעט, סופרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און שמועסן, עס ברענגט אריין אין מיר אמונה און בטחון אין באשעפער.


איך האב אינטערנעט אינדערהיים שוין באלד צוויי יאר, און אויך א סמארטפאון, איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל עס אפצולאזן אבער עס איז מיר נישט געגאנגען, ווייל עס ווערט מיר זייער לאנגווייליג אן דעם, אבער למעשה נעמט עס מיר אוועק מיין קאפ און מיין צייט.


לעצטנס האט עס מיר אפגעהויבן מער צו שטערן, ווייל איך בין א סופר, דארף איך דאך מער אכטונג געבן ווי איך פיר זיך, און אויך מיין אינגל הויבט שוין אן ווערן גרעסער.


מיין שאלה איז אויב איך זאל עס אפלאזן גלייך אינגאנצן, אדער זאל איך עס קודם מאכן כשר? אדער אפשר אן אנדערע עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי דערשראקן צו הערן ווער עס זענען די סופרים וואס שרייבן הייליגע מזוזות און תפילין; איך וואונדער זיך אויף דיר, דו ביסט א סופר און דו האסט אינטערנעט אין שטוב?! דו ביסט א סופר און דו קוקסט אינעם אינטערנעט רחמנא לצלן?!


אדער ווארף אוועק דיין פעדער און הער אויף שרייבן הייליגע מזוזות און תפילין אדער ווארף אוועק די אינטערנעט און טו תשובה.


חכמינו הקדושים זאגן (עירובין יג.) רבי מאיר האט דערציילט, ווען איך בין געקומען צום הייליגן תנא רבי ישמעאל און ער האט מיר געפרעגט וואס איך טו פאר פרנסה, האב איך אים געזאגט: "לַבְלָר אֲנִי", איך בין א סופר, האט ער מיר געזאגט: "בְּנִי, הֱוֵי זָהִיר בִּמְלַאכְתְּךָ, שֶׁמְלַאכְתְּךָ מְלֶאכֶת שָׁמַיִם הִיא, שֶׁמָּא אַתָּה מְחַסֵּר אוֹת אַחַת אוֹ מְיַיתֵּר אוֹת אַחַת, נִמְצָא מַחֲרִיב אֶת כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ", געב אכטונג וואס דו טוסט, דיין ארבעט איז א גרויסע אחריות, אויב דו וועסט פארפעלן איין אות אדער צולייגן איין אות - קענסטו חרוב מאכן די וועלט; זעט מען פון דעם אז זיין א סופר איז נישט קיין קינדער שפיל.


ווארף אוועק דיינע כלים און זיי זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן; דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געקוקט, טו תשובה; נאר אזוי קענסטו ווייטער שרייבן.


אויך זאלסטו קיינמאל נישט שרייבן נאר אז דו גייסט אין מקוה.


איך האף אז דו וועסט אננעמען דעם בריוו, דו וועסט אלעס אוועק ווארפן; נאר אזוי קענסטו ווייטער שרייבן ספרי תורה, תפילין און מזוזות.

#1311 - מיין מאן איז נאר פארנומען מיט ברסלב, איז דאס די ריכטיגע וועג?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן טענה'ט אז זייט ער איז מקורב געווארן צו ברסלב, האט ער אנגעהויבן צו לעבן. איך מיין אבער אז זייט דעמאלט איז אונזער לעבן ממש חרוב געווארן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס ער האט פאר לאנגע שעות יעדן טאג זיך צוגעהערט צו שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין פון קול ברסלב, דערנאך האט ער יעדן טאג געדארפט גיין קוקן אויב ס'איז דא פרישע בריוו פונעם ראש ישיבה, און וואו ער גייט און שטייט האט ער אלץ א משניות, תהלים, גמרא, אדער אן אנדער ספר, און ער קומט נישט אן צו רעדן אפילו מיט מיר.


ער טענה'ט אז דער ראש ישיבה איז זיין רבי און מורה דרך, דערפאר וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען אונז ענטפערן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, צו זיין פארנומען מיט ברסלב פאר 24 שעה א טאג, און ממש נישט אנקומען זיך אפצוגעבן מיט די ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אינטערעסאנט וואס איר שרייבט, עס הערט זיך זייער מאדנע אז אייער לעבן איז אייך חרוב געווארן זייט אייער מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב; עפעס שטימט נישט, עפעס פעלט פון די מעשה, איר באהאלט עפעס.


איך ראט אייך איר זאלט אליינס הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, איר זאלט זיך אליינס איבערצייגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים און וואס מען שרייבט אין די בריוו; נישטא נאך א פלאץ וואס זאל אזוי מחזק זיין די אינגעלייט אויף שלום בית ווי ביים רבי'ן, נישטא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס שלום בית זאל זיין נומער איינס - ווי ביים רבי'ן; עס מוז זיין אז איר זוכט שלעכטס אויף ברסלב, ווייל איר האט געהערט שלעכטס אויף דעם פלאץ, אדער שעמט איר זיך פון אייערע חבר'טעס, דעריבער זוכט איר שלעכטס אויף אייער מאן.


איך וויל אייך פרעגן, עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן האלט מיט זיך א משניות?! עס איז אזוי געפערליך אז דער מאן הערט זיך צו צו שיעורי תורה?! וואס האט אייער מאן געטון איידער ער האט געטראפן דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער זיך געשפילט מיט א טעלעפאן, איז דאס געווען בעסער?! וואס האט אייער מאן געהערט איידער ער האט געפונען דעם רבי'ן? מן הסתם האט ער געהערט האטליינס פון נייעס, דאס איז בעסער?!


עס זעט אויס ווי עס ליגט אין אייך א באהאלטענע פיינטשאפט, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס זאל אייך שטערן אז אייער מאן לערנט און איז זיך מחזק מיט גוטע עצות ווי זיך צו פירן מיט יראת שמים.


אויב בין איך נישט גערעכט, איר האט נישט קיין שום פיינטשאפט, נאר איר זענט פשוט א רחמנות אז אייער מאן העלפט אייך נישט, ער איז פארנומען מיט ברסלב פיר און צוואנציג שעה און אויף אייך קוקט ער נישט, דעמאלט זייט נישט בייז אויף ברסלב, דאס איז זיין אייגענע פראבלעם; און אז ער האט אזא פראבלעם, ער ווייסט נישט וואס א ווייב איז - זאלט איר אים מחזק זיין צו לערנען מער ספרי ברסלב. זייט אים מחזק ער זאל לערנען די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, וועט ער זען צוביסליך וואס א ווייב איז, ווי מען דארף מכבד זיין א ווייב, ווי מען דארף רעדן צו א ווייב; געבט אים צו הערן די שיעורים ווי מען רעדט צו די בחורים און אינגעלייט ווי מען זאל האלטן טייער און חשוב די ווייב, ביז ער וועט אנהייבן לעבן מיט אייך ווי עס דארף זיין.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט לעבן מיט איין וועג, ביידע זאלן זיך פארשטיין, ביידע זאלן מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן; דורך תפילה וועט איר זוכה זיין אז עס זאל זיין שלום אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1310 - ווי אזוי קען דער שכל ווערן מקושר צום אייבערשטן מיט'ן סדר דרך הלימוד?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר פונעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אז מ'זאל זאגן די ווערטער פון תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט. לויט ווי איך האב געלערנט אין חסידישע ספרים, בעיקר אין ספר התניא, איז דער תכלית פון לימוד התורה אז אונזער שכר זאל זיך צוזאמשטעלן מיט'ן שכל אלקי פונעם אייבערשטן, אויב אזוי איז שווער צו פארשטיין וואס מ'האט פון בלויז זאגן די ווערטער פון תורה אן פארשטיין, מילא ווען עס קומט צו פסוקים פון תנ"ך, איז דאס דאך דברי אלקים חיים פונעם אייבערשטן אליין, אבער תורה שבעל פה האט לכאורה נישט קיין פשט בלויז צו זאגן די ווערטער.


און ווען מ'קוקט אריין אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, קען אויך זיין דער פשט דארט אז אויב מ'קומט אן אויף א פלאץ וואו מ'פארשטייט נישט זאל מען נישט בלייבן שטיין נאר גיין ווייטער, אבער נישט אז מ'זאל לכתחלה בלויז זאגן די ווערטער אן פארשטיין.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו האבן אן השגה אינעם סדר דרך הלימוד כל זמן מען פרובירט דאס נישט אויס.


ווען מען הערט רעדן פונעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען זאל זאגן די ווערטער פון תורה אפילו אן פארשטיין - הערט זיך דאס זייער אינטערעסאנט, מען קוקט אויף דעם זייער מאדנע; אנדערש איז ווען מען פרובירט דאס אויס, מען לייגט אלע חכמות אין דער זייט, מען לייגט די גאוה אין דער זייט, מען בייגט איין דעם קאפ, מען נעמט אן וואס דער רבי זאגט; מען נעמט א משניות, א גמרא וכדומה און מען זאגט די ווערטער. אין אנהייב פארשטייט מען נישט, אבער אז מען טוט דאס טאג נאך טאג, מען זאגט פרקים משניות און דפים גמרא, צוביסליך עפנט זיך די קאפ, מען הייבט אן פארשטיין, עס ווערט פונעם מענטשנ'ס שכל איינס מיט שכל אלוקי, ביז מען קומט אן צו פארשטיין - נאך מער ווי מען וואלט ווען פארשטאנען ווען מען וויל גלייך פארשטיין.


קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (שם): "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (שיחות הר"ן, סימן כח). עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1309 - וואס הייסט א בזיון?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך מאל איבער די גרויסקייט פון כאפן א בזיון, וויל איך וויסן וואס הייסט אלץ א בזיון? ווען מ'ברענגט אויף זיך אליין א בזיון איז עס אויך א בזיון? ווען די בזיון קומט זיך מיר, איז עס אויך א בזיון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט צוריק - דאס איז תשובה; דאס האט נישט צו טון אויב א צווייטער פארשעמט אדער מען ווערט אליינס פארשעמט, אז מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם - דאס איז תשובה.


עס הייבט זיך אן אין שטוב; טאטע מאמע זאגן א שלעכט ווארט, מען כאפט א בזיון פון זיי, אדער ווען די ווייב זאגט עפעס א שלעכט ווארט, - זאל מען נישט ענטפערן, נאר ווייטער זיין צו זיי געטריי. אויב מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען זוכה צו תשובה שלימה, אלע שלעכטע בלוט וואס איז נאכנישט ריין ווערט דעמאלט אביסל מער ריינער. אפילו די שלעכטע ווארט איז זיך געקומען, מען איז זיך אליינס שולדיג; צום ביישפיל, דו קומסט אהיים שפעט און דיין ווייב געבט דיר א בזיון, עס קומט דיר, דו ביסט אליינס שולדיג אז דו ביסט געקומען שפעט; אז מען בלייבט שטיל איז מען זוכה צו תשובה.


עס איז דא אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו ווי מען האט זיי פארשעמט און זיי האבן קיינמאל נישט געענטפערט, אפילו די מתנגדים ווייסן אז די ברסלב'ע ענטפערן נישט. אמאל איז געווען אין אומאן אז די מתנגדים האבן פארשעמט א איד, מען האט געשריגן אויף אים ברבים און יענער האט יא געענטפערט, ער האט זיך נישט געלאזט, האבן די מתנגדים געזאגט, עס מוז זיין אז ער איז נישט קיין ברסלב'ער, ווייל די ברסלב'ער ענטפערן נישט, די ברסלב'ער זענען מקיים יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1308 - וועלכע גרינגע ברסלב'ע ספר אין אידיש קען איך נוצן פאר חיזוק?
התחזקות, ספרי ברסלב, אשר בנחל, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א שטיק צייט צוריק בין איך אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פאר א סיבה, און ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז איך בין געווארן זייער שוואך אין אידישקייט, איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים אבער איך בין גאר שטארק געפאלן, ביז איך האב אויפגעהערט דאווענען, איך האב אבער יא נאך געלייגט תפלין און געזאגט די ד' פרשיות.


איין טאג בין איך אויפגעשטאנען און איך האב באשלאסן אויפצוהערן לייגן תפלין, איך בין געגאנגען גלייך צו די ארבעט, אבער שפעט נאכמיטאג אויפ'ן וועג אהיים בין איך דורך א שול, און איך האב געוואלט אריינגיין צו נוצן די בית הכסא, האב איך דארט אין שול געטראפן אויפ'ן טיש א ברסלבע צעטל, בקיצור האב איך געזען דארט ארויסגעברענגט אז דער אייבערשטער דארף יעדן איינעם, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מ'איז, און אזוי ווייטער. דאס האט געעפנט מיין הארץ, ס'איז שוין געווען אפאר מינוט צו די שקיעה, איך בין ארויס צו מיין קאר און איך האב אריינגעלייגט מיין רש"י'ס תפלין אין די האלטער פון די רבינו תם'ס תפלין, און צוריק אריין אין שול לייגן תפלין מיט די ד' פרשיות, און דערנאך געדאווענט מנחה, די ערשטע מנחה נאך גאר א לאנגע צייט.


צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, איך האב זייט דעמאלט נישט פארפאסט קיין דאווענען, איך האב אנגעהויבן עסן נאר כשר'ס, און איך פרוביר זיך צו האלטן זייער שטארק. איך האב נישט די שטארקייט צו ווערן א ברסלב'ער, אבער יעדעס מאל וואס איך פאל, דערמאן איך זיך אז דער אייבערשטער האט מיר שוין איינמאל צוריק גערופן, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט פאסירן נאכאמאל, און דאס האלט מיר.


יענער וואס האט געלייגט דעם צעטל ווייסט נישט אז ער האט מיר ממש געראטעוועט, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט היינט אויסגעזען ווען נישט יענעם צעטל.


איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן אויב ס'איז דא א גרינגע ברסלב'ע ספר אויף אידיש, וואס איך קען האלטן ביי מיר און בליקן דערין זיך מחזק צו זיין. איך האב נישט קיין געדולד צו הערן אדער זען, און אפילו ליינען בלעטלעך, אפשר קענט איר מיר זאגן אויף א גרינגע ספר אין אידיש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זוך אויף די כרכים אין אידיש, בערך אכט הונדערט בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אין אידיש; דאס וועט דיר שטארק מחזק זיין אין אלע צייטן.


אויך זאלסטו לערנען ספר עצתו אמונה; בריוו געשריבן אין אידיש. עס איז דא דארט חיזוק פאר דרי מעלה און דרי מטה; סיי ווען עס גייט גוט אין עבודת השם, מען שפירט דעם אייבערשטן, און סיי ווען מען פאלט אראפ אין עבירות, מען ליגט אין שאול תחתית - זענען די בריוו זייער מחזק.


שטארק זיך אין התבודדות און תפילה; גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, שמועס זיך אויס מיט אים, דערצייל אים אלע דיינע פראבלעמען, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שטארק די נסיונות זענען; דאס וועט דיר געבן הימלישע כוחות זיך צו קענען שטארקן בעבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1307 - לערנען ענגליש איז א סתירה מיט'ן רבינ'ס תמימות ופשיטות?
חינוך הילדים, אמונה, חכמות, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אויסדרוקן מיין דאנקבארקייט פאר אייער איבערגעגעבנקייט אויפצואוועקן מענטשן צו דינען דעם אייבערשטן מיט'ן רבינ'ס עצות.


איך ארבעט אלס אן ענגליש טיטשער אין א חסידישע חדר, איך בין א בעל תשובה איז מיר עס א גרינגע ארבעט, איך דארף נישט אריינלייגן צופיל כוחות זיך צוצוגרייטן, און איך פרובירט אלץ אריינצולייגן אין יעדע געלעגנהייט דיבורים פון אמונה, תכלית, און השגחה פרטית.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן טראכטן אז למעשה לערן איך מיט די קינדער די אלע וועלטליכע זאכן און חכמות, און דער רבי רעדט דאך אזוי סאך פון תמימות ופשיטות, איז דאס נישט קיין סתירה מיט דעם וואס איך לערן חכמות מיט די קינדער? איז עס אויסגעהאלטן לויט'ן רבינ'ס לימודים צו זיין אן ענגליש טיטשער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין סתירה, דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך קען מען זען דעם אייבערשטן, "כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז אין די גאנצע וועלט, אלעס איז נאר ער, אלעס איז א לבוש פון אין סוף ברוך הוא, אלעס וואס מיר זעען; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס.


זיי ממשיך מיט דיין ארבעט, זוך ווי דו קענסט אריינלייגן אין די לימודים די ריינע אמונה. לייג אריין אין קינדער די ריינע אמונה אז דער אייבערשטער האט באשפאן די וועלט, ער פירט אלעס און טוט אלעס, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, מען דארף נישט מורא האבן פון קיינעם ווייל קיינער קען גארנישט טון, מען זאל נישט חנפה'נען קיינעם ווייל קיינער קען נישט געבן דעם מענטש, נאר דעם אייבערשטן דארף מען דינען.


וואויל איז דעם וואס לערנט מיט קינדער אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1306 - ווי אזוי איז מען זוכה צו נאך קינדער?
קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט אייערע שיעורים און מיט די עצתו אמונה, עס געבט מיר לופט ממשיך צו זיין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן עפעס וואס דרוקט מיר זייער שטארק; דער גוטער באשעפער האט מיר געגעבן עטליכע ליכטיגע קינדער און איך ווארט זייער שטארק געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער.


איך האב לעצטנס געליינט אין א געוויסע גליון א מעשה פון צוויי פרויען וואס האבן נישט געהאט נאך קינדער ווייל זיי האבן געטשעפעט איינעם, און נאר נאכ'ן איבערבעטן האבן זיי באקומען נאך קינדער.


דאס האט מיר זייער דערשראקן און מיר געמאכט פילן פארקוועטשט און איך האב געטראכט אז איך וועל אויפהערן פון היינט צו רעדן מיט מענטשן כדי איך זאל קיינעם נישט טשעפען, איך ווייס אז דאס איז נישט די וועג און איך דארף עס נעמען אין א געזונטע מאס, דאס מיינט פרובירן זיך צו היטן דאס מויל און בעטן דעם אייבערשטן איך זאל מצליח זיין איבערצובעטן מענטשן וואס איך האב געטשעפעט, און פון היינט שטארק פרובירן צו זיין פרייליך און רואיג, און דאן וועל איך ממילא נישט האבן א נסיון צו טשעפען מענטשן, ווייל נאר ווען מען איז נערוועז און צעדרייט, פארשעמט מען מענטשן, אבער דער יצר הרע צעמישט מיר זייער שטארק און איך בין זייער צוזאמגעצויגן און דאס ברענגט מיר אריין א נערוועזקייט און דאן רעד איך נישט שיין צו די קינדער און דאן טראכט איך אז דער אייבערשטער זעט אז איך רעד נישט שיין, איז דערפאר חס ושלום גיי איך טאקע נישט האבן נאך קינדער. איך בין זייער צעבראכן און איך וועל זיך זייער פרייען פאר אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט האבן נאך קינדער - זאלט איר אסאך דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייערע קינדער, דאס וועט אייך ברענגען ישועות.


דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - עפנט אויף טויערן אין הימל פאר גוטע זאכן; ווי מער מען דאנקט, ווי מער מען לויבט - אלץ מער גוטס קומט פון הימל צום מענטש. יעדעס מאל מען זאגט: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיין לעבן", "איך לויב דיר אייבערשטער פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר", "יישר כח אייבערשטער", - באקומט מען נאך און נאך גוטס.


וואויל איז דעם וואס ער געוואוינט זיך צו צו לויבן יעדע רגע, יעדע מינוט; דער שפירט שוין דא אויף די וועלט די טעם פון גן עדן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט) אויפ'ן פסוק (תהלים קנ, ו): "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ", יעדע נשמה זאל דאנקען דעם אייבערשטן, - "עַל כָּל נְשִׁימָה", אויף יעדע אטעם, "תְּהַלֵּל יָהּ", דאנק און לויב דעם אייבערשטן.


איר וועט זען, אז איר וועט דאס טון - וועט נישט נעמען לאנג און איר וועט זוכה זיין צו האבן א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך; איר וועט האבן כח פיזיש און גייסטיש פאר די קינדער אויב איר וועט אנהייבן זאגן טאג און נאכט: "יישר כח אייבערשטער, יישר כח אייבערשטער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1305 - וואס טו איך אז מיינע עלטערן זענען נישט מסכים איך זאל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין לעבן, יעדע ריר אין מיין לעבן האט זיך געטוישט א דאנק די שיעורים און בריוון.


איך וויל פרעגן אויב ווען עס קומט צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, צי איך דארף זיך רעכענען מיט מיינע עלטערן. דער ראש ישיבה רעדט אזוי אסאך פון כיבוד אב ואם, זאל איך מאכן א טיקעט אפילו מיין טאטע מאמע גייען נישט ווילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קען מען טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט; צו יעדן רבי מעג מען פארן אויף ראש השנה, אלע פארן צו זייער רבי און ווען מען הערט איינער פארט קיין אומאן - דאמאלט ווערט מען אויסער זיך, מען האט צער און עגמת נפש פון דעם.


א שאד אז דיינע עלטערן ווייסן נישט וואס איז ברסלב, א שאד זיי מיינען אז דאס איז א פלאץ פון הפקירות; וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי געבט, וואלטן זיי דיר געהייסן פארן.


קענסט פארן קיין אומאן; דאס איז נישט קיין פראבלעם אין כיבוד אב ואם, עס איז א קלארע הלכה (יורה דעה סימן רמ, סעיף כה), א קינד וואס וויל גיין צו א רבי לערנען מעג גיין אפילו די עלטערן ווילן נישט; אזוי אויך ווערט גע'פסק'נט (פתחי תשובה שם, סעיף קטן כב) אז א קינד וויל דאווענען אין א בית המדרש, ער זאגט אז דארט וועט ער בעסער מכוון זיין, מעג ער גיין דאווענען אפילו די עלטערן לאזן נישט.


דו זאלסט חס ושלום נישט טענה'ן מיט דיינע עלטערן; אז זיי פארשעמען דיר - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה, דו פון דיין זייט זאלסט זיי מכבד זיין, נאך א שטיק צייט וועלן זיי זען וואס דער רבי לערנט אונז, וועלן זיי מיט אלע קינדער און אייניקלעך קומען צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1304 - ווי אזוי איז מען זוכה צו נאך קינדער?
קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זיך אסאך געמוטשעט געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און מיר האבן שוין ברוך ה' צוויי ליכטיגע קינדער, מיין ווייב פרעגט מיר אבער מיט ווייטאג ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין צו נאך קינדער, פארוואס אנדערע מענטשן האבן שיינע פילע שטיבער מיט ליכטיגע קינדער, און מיר דארפן זיך אזוי מוטשען?


איך פרוביר איר אלץ מחזק צו זיין מיט אמונה און מיט תפלה, זי איז אבער זייער פארווייטאגט און צעבראכן. וואס קען מען טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס וויינען? פארוואס זיין צעבראכן? איר האט דאך געזונטע קינדער, דארפט איר דאך טאנצן פאר שמחה, דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים, אויף די געזונטע קינדערלעך! וויפיל משפחות וויינען אז זיי ווילן איין קינד, זיי ווארטן אויף איין קינד און איר האט צוויי ליכטיגע קינדער - וואס פעלט אייך?!


הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן, הייבט אן לויבן דעם אייבערשטן; הערט אויף וויינען, הערט אויף קלאגן; קוקט נישט אויף אנדערע. דער רבי האט אונז געלערנט די מעשה פונעם הייליגן תם (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם), דער חכם איז געווען אזוי פרייליך, ער האט גארנישט געהאט אבער ער האט אלעס געהאט, אין קאפ האט ער אלעס געהאט, ער איז געווען מלא שמחה, ער האט שוין גארנישט געדארפט. זיין ווייב איז יא געווען א שטיקל אויבער חכם, זי פלעגט אים אלץ זאגן, קוק אויף יענעם, יענער האט שוין צען קינדער, יענער האט שוין צוואנציג קינדער און מיר האבן נאר איין קינד, מיר האבן נאר צוויי קינדער! פלעגט ער ענטפערן: "וואס האט דאס מיט מיר? דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה, און ווידער וואס דארפן מיר רעדן פון א צווייטן? לאמיר זען וואס מיר האבן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן".


זאג דיין ווייב, אנשטאט זי זאל וויינען אויף נאך קינדער זאל זי אין די צייט טאנצן, דאנקען או לויבן דעם אייבערשטן אויף וואס איר האט, דאס וועט מאכן א פלאץ פאר נאך ניסים און ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.