שאלה אין קורצן ענין
#1403 - וועלכע נוסח אין תרגום זאל איך זאגן?
ספיקות, מעביר סדרה, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי ס'איז דא פארשידענע נוסחאות אין תרגום, האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל זיך האלטן צו איין נוסח, פון איין געוויסע חומש, אדער איז נישט קיין חילוק, נאר אין סיי וועלכע חומש איך זאג, קען איך זאגן די תרגום וואס שטייט דארט, אפילו איך וועל יעדעס מאל זאגן אן אנדערע נוסח?


אמאל קען בולט זיין א געוויסע טעות אין תרגום, דארף איך גיין קוקן אין אן אנדערע חומש אויב ס'איז א טעות, אדער קען איך עס זאגן לויט ווי איך געדענק ווי אזוי דאס ווארט קומט באמת מנוקד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, זאג די חומש און תרגום וויאזוי דו זעסט אינעם חומש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ב, ד): "אָמַר רֶבִּי אַחָא עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ", אן עם הארץ וואס ווייסט נישט וויאזוי ארויסצוזאגן די ווערטער פון קריאת שמע, אנשטאט זאגן (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" - זאגט ער "וְאָיַבְתָּ", זאלסט פיינט האבן חס ושלום, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", זאגט דער אייבערשטער, איך האב ליב זיינע גרייזן; "אָמַר רֶבִּי יִשָֹּׂשׂכָר, תִּינוֹק שֶׁקּוֹרֵא לְמשֶׁה מַשֶׁה, לְאַהֲרֹן אַהֲרַן, לְעֶפְרֹן עֶפְרַן, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְלִיגְלוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט די ווערטער, אנשטאט משה - זאגט ער מאשע, אנשטאט אהרן - זאגט ער אהראן, אויף דעם זאגט דער אייבערשטער "איך האב ליב דאס וואס זעט אויס ווי א געשפעט, א חוזק"; איז זיכער אז ווען א איד איז מעביר סדרה און ער זאגט ארויס די ווערטער ווי אזוי עס דארף צו זיין - דארף ער נישט טראכטן 'אפשר איז דא טעותים אין די חומש?'


אויף דעם זאגט שוין דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודות השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1402 - ווי אזוי קען מען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, מדות טובות, תכלית, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה; איך האב זיך קיינמאל געקענט אלס א מענטש וואס האט די שלעכטע מדה, איך בין א מענטש וואס פארגינט יעדן, און איז באמת פרייליך מיט יענעמ'ס הצלחה און גוטס, לעצטנס איז אבער דא ביי מיין ארבעט א אינגערמאן וואס האט מיר געמאכט אנערקענען אז איך האב יא די שלעכטע מידה.


ער איז מורא'דיג א מוצלח, און ס'זעט מיר אויס ווי ער האט אלעס אין זיין לעבן, וואס איך חלום אויף דעם, און איך ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט קענען צוקומען צו דעם, און איין טאג האב איך זיך פשוט געכאפט אז איך בין אים מקנא.


דאס איז פאר מיר א טאפלטע שווערע געפיל, איינס אז איך האב די שווערע שלעכטע מידה, און אויך אז איך קען נישט פטור ווערן פון די געפיל אז איך בין אים מקנא. וואס קען איך טאן צו דעם? ווי אזוי ארבעט איך אויס די שלעכטע מידה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזוי געפערליך, דו ווייסט כאטשיג אויף וואס דו ליידסט. רוב מענטשן האבן די פראבלעם פון קנאה, אבער דער צרה איז אז זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן קנאה, זיי עסן זיך אויף פון אנדערע מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן קענען קלאר ארויסזאגן: "איך לייד פון קנאה"; זיי מאכן מחלוקות, זיי בארעדן מענטשן, זיי טראכטן מען דארף דעם באגראבן און דעם אויסרייסן - אן דעם וואס זיי זאלן קענען זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "איך לייד פון קנאה", "איך האב א צרה", "איך דארף הילף".


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען הייבט זיך אן מיט קנאה; מענטשן ווערן אויפגעגעסן פון קנאה. אלע מחלוקות צווישן משפחה, שכנים, חברים וכדומה - אלץ איז קנאה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז די וועלט פירט זיך מיט א בעל הבית. דאס וואס דער האט אזא ווייב און קינדער, געלט, א שיינע הויז, א שיינע קאר - איז מיט א חשבון פון הימל, עס האט גארנישט מיט'ן מענטש, און דאס וואס איך האב און וואס איך האב נישט - איז פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך קיין קנאה.


נאך אביסל וועלן מיר אלע צוריק גיין צום אייבערשטן, עס וועט אונז גארנישט נוצן. עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אלע צוריק לייגן פון וואו מיר זענען געקומען, מיר זענען באשאפן פון די ערד און דארט וועלן מיר צוריק גיין; דארט איז נישטא קיין קנאה, דארט איז יעדער פארנומען מיט זיך אליינס.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער חסיד און משפיע רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, די רוסן ימח שמם האבן אים פארשיקט קיין סיביר, דארט האט ער געארבעט אין די ביטערע פרעסטן, ער פלעגט נעמען די מתים, די טויטע אידן און זיי באערדיגן, האט ער דערציילט אז ער האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך ביי די טויטע, קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן; אלע ליגן אויף דער ערד מיט'ן פנים ארויף, נישטא קיין קנאה, קיינער קוקט נישט אויפ'ן חבר; אלע ווארטן מען זאל זיי שוין ברענגען לקבורה.


דו ווייסט כאטשיג דיין פראבלעם - קענסטו דאך גלייך נעמען די רפואה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז אלע פארשריבן א גרויסע רעצעפט, ווי נאר מען ווייסט אז מען איז נישט בסדר - קען מען גלייך אייננעמען דעם איינשפריץ און מען ווערט אויסגעהיילט, דער רבינ'ס רעצעפט איז: "התבודדות"; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסשמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער פריינט און אים בעטן מען זאל ארויסגיין פון די שלעכטע נאטורן.


יעצט אז דו ווייסט פונקטליך דיין פראבלעם זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאג פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און מיט וואס איך האב נישט, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, אלעס וואס איך האב - איז פון דיר; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין געלט, מיין הויז, מיין קאר - אלעס אלעס איז פון דיר מיט א פונקטליכער חשבון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט צונעמען און קיינער קען מיר גארנישט געבן.


רבונו של עולם, העלף מיר, הייל מיר אויס; העלף מיר איך זאל קענען אויסארבעטן מיינע מידות. איך בין אזוי פארדארבן, איך האב אזעלכע פארדארבענע מידות, איך בין מקנא אנדערע, איך פארגעס אז דו ביסט דא, איך פארגעס אז דו געבסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, איך קוק אויף דעם און אויף יענעם, איך פארגעס פון דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית, איך זאל געדענקען אז נאך אביסל גייט מען מיר אריינלייגן אין די ערד, דארט איז נישטא דער מיט יענער, דארט איז דא ווערים און מייז, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען מיינע מעשים; מיין דאווענען, מיין לערנען און מיינע גוטע מעשים, נאר דאס וועט זיין חשוב, מען וועט אפציילן אלע פרקים משניות וואס איך האב גורס געווען, מען וועט אפציילן אלע קאפיטלעך תהילים און בלעטער גמרא, דאס וועט זיין חשוב; בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע, איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך האב, איך זאל אריינכאפן אביסל גוטע זאכן".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; שעם זיך נישט, דערצייל דעם אייבערשטן פונקטליך וועם דו ביסט מקנא און מיט וואס דו ביסט אים מקנא, אזוי וועט עס ארויסגיין פון דיר.


די רעצעפט פון רבי'ן איז אזוי וואונדערליך; עס נעמט ארויס אלע שלעכטע מידות, מען ווערט א ריינער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1401 - וואס טוט מען מיט'ן דאווענען, ווען מ'שטייט אויף שפעט?
דאווענען, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיר מחי' מיט די שיעורים און בריוו. איך זע אז איר רעדט זייער שטארק פון דאווענען שחרית פאר חצות, ווי איך פארשטיי פון אייך איז אז נאך חצות מעג מען שוין נישט דאווענען. איך שטיי אסאך מאל אויף נאך חצות, וויל איך וויסן אויב איז עס טאקע אזוי אז מען טאר שוין נישט דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז שחרית, מנחה, מעריב - דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט, אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מוהרא"ש האט זייער אסאך גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל.


די הייליגע חכמים האבן אונז אוועקגעשטעלט צייטן ווען צו דאווענען די דריי תפילות, פון ווען מען קען דאווענען די דריי תפילות און ביז ווען מען קען זיי דאווענען; תפילת שחרית קען מען דאווענען שפעטסטנס ביז חצות, נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז א ברכה לבטלה.


ווען גייסטו שלאפן? גיי שלאפן צייטליך - וועסטו אויפשטיין אין צייט, אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו קודם גיין דאווענען; נישטא אזא זאך אויפשטיין נאך חצות, א איד דארף דאווענען אינדערפרי, און אז מען איז מיד קען מען זיך צוריק לייגן שלאפן נאכן דאווענען.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די דריי תפילות, דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט מנין - וועסטו זוכה זיין צו השגחה, דער אייבערשטער וועט דיר געבן אלעס וואס דו באגערסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אָמַר רַבִּי יִצְחָק: "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת", ווער עס קומט אין שול יעדן טאג, "וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד", און ער פארפעלט איין טאג צו קומען דאווענען, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", פרעגט דער אייבערשטער: "וואו איז דער מענטש? פארוואס איז ער נישט דא?" אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, י): מִי בָכֶם יְרֵא ה' שֹׁמֵעַ בְּקוֹל עַבְדּוֹ אֲשֶׁר הָלַךְ חֲשֵׁכִים וְאֵין נֹגַהּ לוֹ, יִבְטַח בְּשֵׁם ה' וְיִשָּׁעֵן בֵּאלֹקָיו, "אִם לִדְבַר מִצְוָה הָלַךְ", אויב איז ער פארנומען מיט א מצוה - "נֹגַהּ לוֹ", וועט אים ליכטיג ווערן, "וְאִם לִדְבַר הָרְשׁוּת הָלַךְ", און אויב איז ער נישט געקומען אין שול דאווענען ווייל ער איז פארנומען מיט זייטיגע זאכן - "אֵין נֹגַהּ לוֹ", וועט ער בלייבן אין פינסטערניש, ער וועט נישט מצליח זיין, "יִבְטַח בְּשֵׁם ה'", פארוואס? "מִשּׁוּם דְּהֲוָה לֵיהּ לִבְטוֹחַ בְּשֵׁם ה' וְלֹא בָּטַח", ווייל ער וואלט ווען געדארפט קומען אין שול און זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1400 - דאס עסן פון יום טוב איז אויך אזוי הייליג ווי אכילת שבת קודש?
שבת קודש, יום טוב, עסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ליקוטי מהר"ן אז דאס עסן פון שבת איז כלו אלוקות כלו קודש, וויל איך וויסן אויב דאס גייט אויך אויף עסן פון יום טוב אדער איז דאס נאר פון שבת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כָּל כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ", - דאס איז אויך אויף די סעודות פון יום טוב; אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יום טוב ב, ב): "כִּי אֲכִילַת יִשְרָאֵל, בִּפְרָט בְּשַׁבָּת וְיוֹם טוֹב, הוּא קֹדֶשׁ", די סעודות פון שבת און יום טוב איז הייליג; אזוי אויך זאגט רבי נתן אויף די סעודה פון ערב יום הכיפורים (שם הלכות שבת ז, נא): "כִּי הָאֲכִילָה שֶׁל עֶרֶב יוֹם כִּפּוּר שֶׁהוּא מִצְוָה זֶה בְּחִינַת אֲכִילַת שַׁבַּת קֹדֶשׁ", - אז דאס איז אויך הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פאלגן דעם רבי'ן, זיין פרייליך שבת און יום טוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1399 - וואס איז דער מקור צו צינדען פיר ליכט לכבוד שבת?
שבת קודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מ'זאל צינדען פיר לעכט לכבוד שבת קודש, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז דער מקור צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, א יונג פארפאלק נאך די חתונה זאלן צינדן צוויי לעכט פון שמן זית, איינס פאר זכור און איינס פאר שמור, און בנוסף לזה זאל מען צינדן פיר לעכט קעגן די פיר אותיות פונעם שם הוי"ה ברוך הוא.


מוהרא"ש זאגט אז דאס ברענגט א ברכה אין שטוב, עס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ווען עס ווערט געבוירן א קינד זאל מען צולייגן א לעכט, און אזוי פירן זיך תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1398 - ווי אזוי זאל איך רעאגירן ווען איך הער איינעם רעדן ניבול פה?
ניבול פה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, איך האב ברוך ה' מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה, אויך וויל איך זאגן פאר'ן ראש ישיבה אז איך האב צוגעלייגט א שיעור אין הלכה, איך לערן שולחן ערוך על הסדר, און אמאל לערן איך עס מיט'ן באר היטיב.


איך האב א שאלה: וואס זאל איך טון ווען איך הער איינעם נעבן מיר רעדט שמוציג? עס טוט מיר וויי צו הערן רעדן ניבול פה, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך דארף רעאגירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג פון רעדן ניבול פה; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען אויף די וועלט צרות און נייע גזירות; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען און קיינער ענטפערט זיי נישט; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר, צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


דאס אלעס איז נישט נאר ווען מען רעדט ניבול פה, אפילו מען הערט פון א צווייטן ניבול פה און מען זאגט גארנישט קומען אויך די אלע שלעכטס אויפ'ן מענטש, דער רבי זאגט (שם): "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך דער וואס הערט רעדן ניבול פה און זאגט גארנישט - ברענגט ער אויף זיך די אלע שלעכטס.


וואס איז דא צו וויסן? אנטלויף פון ניבול פה, בלייב נישט ביי א שמועס וואס מען רעדט ניבול פה!


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1397 - וועלכע סארט שידוכים זאל איך אויסהערן?
שידוכים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע רעדט מיט אסאך שדכנים, מ'טראגט אן שידוכים, אבער זי פאדערט אז מ'זאל זיך אפשערן און טראגן א שייטל, און ס'איז דא אסאך וואס ווילן נישט זיך אפשערן, אדער אזעלכע וואס טראגן א טיכל וכדומה, און זי וויל נישט הערן פון די אלע זאכן.


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך פון מיין זייט אינטערעסירט מיר נישט ווי אזוי זי זאל גיין אנגעטון, אבער מיין מאמע עקשנ'ט זיך אז ס'פאסט נישט. דערפאר וויל איך פרעגן, איך מצידי, וואס דארף איך פאדערן? מעג איך הערן א שידוך וואס שערט זיך נישט?


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן, איך וויל וויסן וואס צו טון, זי וויל אפילו נישט אנהויבן הערן ווען עס רעדט זיך פון אזא סארט שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט א קלוגע ערליכע מאמע; גערעכט איז זי אז זי וויל נישט אויסהערן פאר א שידוך א מיידל וואס שערט זיך נישט אפ די האר נאך די חתונה.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ערליכע מאמע, אז דו קומסט פון א הייליגע שטוב.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן אן ערליכע וואוילע שידוך, א בא'שער'טע שידוך, א שידוך וואס די כלה וועט זיך שערן; אין אידיש איז בא'שער'ט די זעלבע ווי שערן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1396 - ווי אזוי שטארק איך זיך נישט צו קוקן מאוויס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, אמונה, מאוויס, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען צום ערשט פאר די הערליכע שיעורים, איך האב גארנישט מיט ברסלב, אבער איך האב איינמאל געהערט א שיעור פון אייך, און דעמאלט האב איך זיך איינגעשריבן צו באקומען די חיזוק יומי און די שיעורים, און דאס איז יעצט מיין לעבן.


איך בין א צוואנציג יעריגע מיידל, ס'איז געווען א צייט וואס איך האב געקוקט מאוויס, איך האב געוואוסט אז דאס איז נישט גוט, און איך האב שווער געארבעט אויף זיך, ביז איך האב מצליח געווען אוועקצואווארפן אלע מאוויס.


איך האב זיך מחזק געווען די גאנצע צייט אז אט אט ווער איך שוין א כלה, איך גיי שוין חתונה האבן, אבער למעשה איז נישט אלעס געגאנגען לויט מיינע פלענער, און איך בין געבליבן פון די לעצטע פון מיין קלאס, אלע מיינע גוטע חבר'טעס האבן שוין חתונה געהאט, און טייל האבן שוין אויך א קינד, און ס'איז מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ.


אויסער דעם בין איך אריבער א שווערע צייט די לעצטע יאר, ס'איז געווען ביי אונז אסאך שוועריקייטן, און די אלע זאכן האבן געברענגט אז לעצטנס בין איך צוריק געפאלן צו קוקן מאוויס. איך ווייס אז עס ברענגט מיר נישט קיין גוטס, אבער איך האב נישט עפעס אנדערש מיט וואס זיך פרייליך צו מאכן.


בכלל איז מיר געווארן זייער שווער לעצטנס, איך בין ווייניגער מקפיד אויפ'ן דאווענען, ווייל איך שפיר אז עס העלפט מיר סיי ווי נישט, און איך בין זייער מבולבל אין אמונה.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין און געבן אן עצה ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר וואלט געוויסט וואס מאוויס טוט פאר'ן מענטש - וואלט איר נישט געדארפט חיזוק דאס נישט צו קוקן, איר וואלט נישט צוגערירט צו דעם.


מענטשן מיינען עס איז א פרומע זאך נישט צו קוקן, מען טראכט 'עס איז נישט אזוי געפערליך, עס זענען דא נאך אסאך מענטשן וואס קוקן'; גלייבט מיר, נישטא נאך אזא שעדליכע זאך פאר'ן מענטש ווי קוקן מאוויס, עס מאכט דעם מענטש דעפרעסט, מען ווערט פאררוקט אין קאפ, מיט די צייט דארף מען אנהייבן נעמען מעדעצין פאר דעפרעסיע.


אזא שאד אז מען רעדט נישט צו מיידלעך אין אלע סקולס פון די סכנה פון קוקן מאוויס; מיידלעך פאלן אריין אין דעם, זיי טראכטן אז נאר די פרומע מענטשן קוקן נישט און אויב מען וויל נישט זיין אזוי פרום, מען וויל זיין אביסל מיט א אפענע קאפ (אופע"ן מיינדע"ד) - דארף מען קוקן מאוויס.


וואס זאל איך אייך זאגן, מאוויס נעמט אוועק יעדע פינטל גוטס פונעם מענטש, עס נעמט אוועק די שמחה פונעם מענטש און עס נעמט אוועק די צופרידנקייט; נאכדעם מוטשעט מען זיך אין לעבן, עס שטערט פאר נאך די חתונה, מען קען נישט לעבן מאן און ווייב אן עכטע לעבן מיט ליבשאפט, אלץ קומט אריין די זאכן וואס מען האט געקוקט השם ישמרינו.


איר שרייבט אז איר מוזט עפעס טון זיך פרייליך צו מאכן, איר האט נישט עפעס אנדערש מיט וואס זיך פרייליך צו מאכן; אמת, איר דארפט עפעס טון זיך פרייליך צו מאכן, אבער מאוויס מאכט נישט פרייליך, מאוויס איז אינטערעסאנט, עס איז ציענדיג - אבער עס מאכט נישט פרייליך; עס מאכט פארקערט פון פרייליך, עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א דעפרעסיע, עס ברענגט שלעכטע מחשבות; מען דארף נאכדעם גיין זיך היילן, דער גאנצער לעבן איז אנגעפילט מיט ווייטאג, מען הערט אויף שפירן דעם אייבערשטן, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען גיין צו טערעפי, טיפולים וכדומה, מען גייט צו דאקטורים, מען זוכט 'ווער קען מיר היילן?' 'ווער קען מיר באפרידיגן?' (דאס איז די סיבה פארוואס אין די היינטיגע טעג דארפן אזויפיל מענטשן מעדעצין).


דאס וואס איר שרייבט אז לעצטנס האט איר פארלוירן דעם געפיל אין דאווענען, אויך האט איר בלבולים אין אמונה; וואס דען האט איר געמיינט? דאס איז דאך פשט, דאס איז ווען מען היט נישט די אויגן, מען פארלירט די אמונה, עס ווערט פארוואלקנט, מען קען נישט זען מער דעם אייבערשטן. אזוי ווי אין א פארוואלקנטע טאג זעט מען נישט די זון, אלעס זעט אויס שווארץ; די אלע וואס געפונען זיך העכער די וואלקענעס, די וואס פארן מיט א פליגער - די זעען די זון שיינט און ברענט, ממש א מחי', אזוי ווי שטענדיג, נאר די וואס זענען דא אינטן - די זעען נישט די זון, זיי זעען וואלקענעס; אזוי איז ווען מען היט נישט די אויגן, עס ווערט פארשטעלט די שיין פון אייבערשטן, מען האט בלבולים, מען זעט גארנישט, מען שפירט גארנישט, מען האט קשיות השם ישמרינו; די וואס היטן די אויגן - האבן נישט קיין קשיות, די זענען שטארק מיט אמונה, די האבן נישט קיין בלבולים.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען אפלאזן די מאוויס, בעטס אים אויף אייער שפראך, רעדט צו אים אזוי ווי איר רעדט צו א נאנטע פריינט, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, איך קען זיך נישט שטארקן צו היטן מיינע אויגן. יעצט האב איך שוין נישט די שטארקע אמונה פון אמאל, הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל היטן מיינע אויגן, איך זאל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר שטענדיג פאר מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך. הייליגער באשעפער, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס; איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך, איך זאל זיין פרייליך"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1395 - וואס טו איך אז מיין מאן גייט שלאפן שפעט, און שטייט נישט אויף פארטאגס?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שלאפן, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז מקורב געווארן צו "היכל הקודש" בערך פאר א יאר, און זייט דעמאלט איז ער דבוק אין דער ראש ישיבה און אין אלע הייליגע ספרי ברסלב, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם.


דער פראבלעם איז אז יעדע נאכט ווען ער קומט אהיים נאך א גאנצע טאג זיין אין כולל באזעצט ער זיך און הייבט אן לערנען אלע ספרי ברסלב ביז זייער שפעט ביינאכט און דאס איז גורם אז ער קען נישט אויפשטיין באצייטנס צו גיין אין כולל.


מיין שאלה איז צי איך דארף אים יאגן, מזרז זיין און זאגן אז עס איז שוין שפעט? (ער טראגט נישט קיין זייגער און אסאך מאל ווען איך זאג אים די זייגער ווערט ער ממש דערשראקן, ווי אזוי קען זיין אז עס איז אריבער די צייט אזוי שנעל? דאס מיינט אז אויב איך זאג אים נישט - קען ער זיצן אפילו ביז איינס אזייגער ביינאכט און אפילו אפשר מער).


נאך א זאך וואס איך וויל פרעגן, אינדערפרי שטעלט ער זיך אן א וועקער זייגער, אבער וויבאלד ער איז מיד, איז אנשטאט די וועקער זייגער זאל אים אויפוועקן, וועקט עס אויף מיך מיט די בעבי און דעמאלט ווער איך אויפגערעגט, ווייל די בעבי וויל נישט צוריק איינשלאפן, האק איך אפ די וועקער זייגער און דעמאלט קען ער זיכער נישט אויפשטיין. און אויב פרוביר איך אים אויפצואוועקן דויערט עס זייער אסאך צייט, און אויך רעגט ער זיך אויף מיר און שרייט (נישט פאר דוקא, נאר אינמיטן שלאף): "לאז מיר אפ! לאז מיר שלאפן!"


אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר - וועל איך זיין זייער דאנקבאר.


נ.ב. איך וויל צולייגן אז אויך עמאציאנאל איז מיר זייער שווער אים צו זען שלאפן ביז שפעט, ווייל ביי מיין טאטע אין שטוב האבן אלע "אויפגעוועקט די זון", קומט אויס אז איך בין מזלזל אין אים צוליב'ן אויפשטיין שפעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א פראבלעם? אז דער מאן זיצט ביינאכט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה איז א פראבלעם?! איר זענט דאך די גליקליכסטע פרוי אויף די וועלט! איך וואונטש פאר אלעמען אזעלכע פראבלעמען, זיי זאלן האבן זייערע מענער אין שטוב ביינאכט זאלן לערנען די הייליגע תורה.


ווען איר וואלט ווען געשריבן אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, אייער מאן קומט נישט אהיים ביינאכט, איר ווייסט נישט וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך השם ישמרינו - דאס איז א פראבלעם, אדער אז ער קומט אהיים און ער שפילט זיך מיט זיין טעלעפאן, ווען מען רעדט צו אים הערט ער נישט, ווען מען רופט אים זאגט ער "איך קום שוין, איך קום שוין" - דאס איז א פראבלעם, אבער אז אייער מאן האט אנגעהויבן לערנען פלייסיג און ער זיצט אין שטוב, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן - זענט איר דאך די גליקליכסטע פרוי אויף דער וועלט.


בנוגע אויפוועקן; אז אייער מאן בעט אייך "וועק מיר אויף", זאלט איר אים אויפוועקן, אז אייער מאן שטעלט אן זיין זייגער און ער הערט דאס נישט - זאלט איר אים העלפן אויפשטיין. זייט מיר מוחל, איר זענט בכלל נישט קיין רחמנות; ווען אייער מאן וואלט ווען נישט געוואלט אויפשטיין לערנען דעמאלט וואלט איר אים נישט געטארט וועקן, ווייל עס איז נישט די ארבעט פון א פרוי צו זיין א פאליציאנטקע וכו' וכו', אבער אז ער בעט אייך "העלף מיר", ער שטעלט אן א זייגער און ער הערט דאס נישט - זאלט איר אים העלפן אויפשטיין. איר וועט באקומען שכר אויף דעם, אזוי זאגן די הייליגע חכמים (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואס פאר א גוטע מעשים וועלן די פרויען גיין אין גן עדן און האבן עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", ווייל זיי העלפן די קינדער גיין אין חדר און זיי העלפן זייערע מענער לערנען די הייליגע תורה.


וואס איז דא עפעס בעסערס פאר א פרוי אז זי האט א מאן וואס לערנט תורה? דאס דארף זיין די גאנצע שטרעבן פון יעדע אידישע פרוי, דאס דארף זיין איר געבעט, אירע תפילות: "הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן זאל לערנען די הייליגע תורה, מיינע קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה"; די ליפן דארפן א גאנצע צייט שעפשען די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיין מאן און קינדער זאלן זיין דבוק צו דיר, זיי זאלן לעבן מיט דיר".


אז אייער מאן שטיייט אויף שפעטער ווי אייער טאטע און ברידער דארף אייך דאס נישט אנגיין, איר ווילט אודאי נישט אז אייער מאן זאל אנהייבן טראכטן אויף אייך אויב איר זענט גענוג גוט אזוי ווי זיין מאמע און משפחה; מען קען נישט ערווארטן פונעם מאן אדער קינדער זיי זאלן זיין אזוי ווי דער און דער מענטש, זיי זאלן נאכטון דעם און דעם מענטש, מען דארף זוכן דאס גוטס דאס שיינקייט - אין א צווייטן.


איך בעט אייך זייער, דרייט אויס אייער בליק, הייבט אן קוקן דאס גוטס אין אייער מאן; ענדערש זאלן זיך די קינדער אויפוועקן, אבי דער מאן זאל גיין לערנען און דאווענען, אפילו פאר א ספק לוינט זיך דאס.


א גוט געבענטשט יאר.

#1394 - ווי אזוי קען איך מקרב זיין מיין מאן צו ברסלב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די געוואלדיגע שיעורים, איז מיין לעבן געטוישט געווארן צום גוטן, אין אלע אספעקטן אין לעבן. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וואלט אבער אזוי שטארק געוואלט אז מיין מאן זאל אויך אנהויבן הערן די שיעורים, אז ער זאל אויך האבן דעם גוטן לעבן וואס איך האב באקומען, עס וואלט אים אזוי שטארק געהאלפן. ווי אזוי קען איך מאכן אז ער זאל ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה והתבודדות, נישטא קיין שטערקערע געווער ווי תפילה והתבודדות; בעטס דעם אייבערשטן טאג טעגליך אז אייער מאן און קינדער זאלן זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. אז מען איז מקורב צום צדיק איז דאך אזוי גוט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן נג): "קִרְבַת הַצַּדִּיקִים טוֹב בָּעוֹלָם הַזֶּה וּבָעוֹלָם הַבָּא", זיין נאנט צום צדיק איז גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ווען איר צינדט די שבת ליכט, איר זענט ביי די לעכט מיט א פארדעקטע פנים, דעמאלט איז א צייט וואס די תפילות גייען ארויף אן קיין שטער; אלע הימלען זענען אפן פאר די תפילות פון אידישע פרויען, דעמאלט איז די בעסטע צייט צו בעטן אויף דעם, אז מען זאל זיין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן פאר אלע אידן, אלע זאלן זוכה זיין מקורב ווערן צום רבי'ן, אלע זאלן האבן די זיסע טעם אין לעבן וואס דער רבי געבט, ער האט זיי געזאגט זיי זאלן זאגן צום אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט די שבת ליכט, איך מאך ליכטיגקייט אין שטוב, אזוי זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, עס זאל שיינען אויף זיי די ליכט פון רבי'ן"; אזוי זאלט איר בעטן פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר די קומענדיגע דורות.


נישטא קיין שום אנדערע עצה אויסער תפילה; וואס מען וויל, וואס מען דארף - קען מען זוכה זיין צו באקומען דורך תפילה. מען דארף אבער אסאך סבלנות, עס גייט נישט איבער נאכט, מען דארף ווארטן מיט געדולד, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1393 - ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו א ברסלב'ע שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל מאל איך וועל זאגן ש'כח אייבערשטער וועט עס נישט זיין גענוג צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מורא'דיגע זכי' אז דער אייבערשטער האט מיר אויסדערוועלט פון צווישן טויזנטער מיידלעך, צו טרעפן דעם הייליגן רבי'ן, מוהרא"ש, און דער ראש ישיבה שליט"א, און מיר געבן אזא זיסע שיינע לעבן.


איך וואוין נישט אין אמעריקע, אבער איך בין א בית פיגא תלמידה, איך הער אלע שיעורים און איך פרוביר זיי מקיים צו זיין, איך זאג אסאך תהלים, איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, איך בין מכבד מיינע עלטערן, און אזוי ווייטער פרוביר איך צו גיין אויף די וועגן פון הייליגן רבי'ן.


איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל אויך קענען מאכן הפצה, אבער דערווייל קען איך זיין א ברסלב'ער נאר באהאלטענערהייט, וויי איז מיר אויב וועל איך זיך דערוואגן צו רעדן צופיל צו מיינע חבר'טעס פונעם אייבערשטן. אבער דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך מאך אן אנדערע סארט הפצה, מיין משפחה זעט די געוואלדיגע גוטע טויש וואס האט פאסירט מיט מיר, און ווען מ'פרעגט מיר דערוועגן, זיי זאגן אז זיי ווילן אויך זיין אזוי פרייליך ווי מיר, זאג איך זיי וועגן די דרשות, און טייל פון זיי האבן שוין אויך אנגעהויבן הערן די שיעורים און דרשות.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ע שידוך, דער עיקר זאל מען קוקן נאר אויף יראת שמים, מדות טובות, און געזונט, און אויך אז מ'דארף נישט זאגן פאר'ן שדכן און פאר מענטש אז מ'שעפט חיזוק פון ברסלב. מיין שאלה איז אבער אויב דאס גייט אויך ארויף אויף מיר, וואס איך וויל זייער שטארק אויפבויען אן ערליכע ברסלב'ע שטוב, און פארוואס זאל סתם א בחור וועלן א ברסלב'ע פרוי?


איך וויל נישט דוקא א בחור פון ישיבה, אבער איך וויל זייער שטארק א בחור וואס הערט אויך די שיעורים און לעבט מיט דעם, אבער דערווייל ווילן מיינע עלטערן נאר א קנאק פון א בחור פון א מצוינ'דיגע ישיבה. איך גלייב באמונה שלימה אז א שידוך קומט נאר פונעם אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל שוין זייער שנעל און גרינג טרעפן מיין שידוך, א וואוילער בחור וואס וועט רעדן שיין צו מיר און איך וועל רעדן שיין צו אים, מיר זאלן צוזאמען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב וואו דער שכינה וועט רוען. מיינע עלטערן פארשטייען נישט פארוואס איך וויל א ברסלב'ע בחור, מיין טאטע מיינט אז איך פארשטיי נישט די חשיבות פון לערנען תורה און דעריבער וויל איך א בחור וואס זאגט תורה. איך ענטפער אים ח"ו נישט צוריק, אבער איך האב אים איין טאג ערקלערט שיינערהייט אז למעשה זעט מען אז זייער אסאך וואוילע בחורים הערן אויף לערנען נאך די חתונה וויל זיי האבן נאר געלערנט צו געפעלן זייער ראשי ישיבות, און אין ישיבת תפארת התורה לערנט מען אויס אז מען לערנט און דאווענט נאר פאר'ן הייליגן באשעפער און נישט פאר'ן ראש ישיבה, איך האב אים אויך אנגעצייגט אויף עטליכע פון אונזער משפחה אז די בחורים פון די ישיבות למצוינים האבן נישט קיין אנונג וואס א ווייב איז, און די בחורים אין די ברסלב'ע ישיבה זענען גוט אנגעגרייט וואס די לעבן איז. ער האט מיר געזאגט אז איך בין גערעכט, אבער עס איז גארנישט, ווייל מיט די צייט לערנט מען זיך אויס.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך האב איינעם פון מיין משפחה, א טייערע פרוי, וואס האט לעצטנס חתונה געהאט מיט א שפיץ בחור, אבער איך האלט עס נישט אויס צוצוקוקן ווי ביידע ליידן, נישט וויסנדיג וואספארא חיים טובים זיי וואלטן געקענט האבן מיט'ן רבינ'ס עצות, איר האט מען נישט געלערנט אז אויב עפעס שטערט פונעם מאן רעדט מען עס שיין דורך, און אים האט מען נישט געלערנט אז א ווייב איז מער עמפינדליך פון א מאן, און מען קען נישט רעדן די בחורים שפראך ווייל עס קען איר דערשרעקן. מיין מאמע וואלט זיך געוואונטשן פאר מיר אזא סארט חתן, ווייל ער איז תמימות'דיג און ערליך, אבער איך וויל אן אנדערע סארט לעבן.


וואס האלט דער ראש ישיבה? זאל איך נאר בעטן דעם אויבערשטער [וואס ער איז דער דריטער שותף מיט מיינע עלטערן, און אים קען איך אלעס זאגן אן דעם וואס ער זאל זאגן אז איך בין פארנארט געווארן] און איך זאל עס מער נישט דורכרעדן מיט מיינע עלטערן?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר די לעבן וואס איר געבט מיר, זאל דער אייבערשטער אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש, און איר זאלט זען אסאך אידיש נחת פון אלע אייערע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מענטשן מיינען אז שידוכים איז א זאך וואס האט צוטון מיט דעם, מיט יענעם אדער מיט זיך אליינס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ) לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר' דער אייבערשטער וויל די שידוך זאל געשען; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוויסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן אליינס; און אין כתובים זאגט שלמה המלך (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", אבער א שידוך באקומט מען נישט בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


בעטס דעם איבערשטן פאר אן ערליכער וואוילער מאן, נאר מיט תפילה באקומט מען א גוטע שידוך; דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, נאר תפילה איז די עצה.


געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז אייער שפראך איז אידיש - רעדט אין אידיש, אז אייער שפראך איז ענגליש אדער אן אנדערע שפראך - רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג; געב מיר א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א מאן מיט גוטע מדות, א מאן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער, העלף מיר מיט א שידוך, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט וויי טון איינער דעם צווייטן, עס זאל זיין צווישן אונז אהבה ואחווה ושלום וריעות".


די ווערטער זאלט איר בעטן אן אויפהער, וועט איר זען גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1392 - פארוואס האב איך געזען ביי איינעם א פראסטע שבת טיש?
סיפורי צדיקים, שבת טיש, מדות טובות, דרשות, דן לכף זכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין תלמיד הישיבה, אבער איך האב חיזוק פון די שיעורים, און איך האב אויך זייער התפעלות פון אייערע תלמידים.


איך האב אנגעהויבן שרייבן נעכטן א בריוו צום ראש ישיבה און איך האב עס נישט געענדיגט, אינצווישן האב איך געהערט א שיעור, און ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט ווייל די שאלה איז מיר דארט פארענטפערט געווארן, עס איז מיר ממש געווען ווי א תשובה פון הימל ווייל עס איז בכלל נישט אריינגעקומען דארט.


איך האב געוואלט זיך אויסרעדן, איך בין געווען אמאל אין קרית ברסלב אויף א שבת, איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה, איך האב זיך אבער געפילט זייער אומבאקוועם, די גאנצע התנהגות איז געווען פראסט. איך בין אויך א פשוטער איד, איך ארבעט, איך בין נישט קיין צדיק, אבער איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אז מען זעצט זיך צו א שבת סעודה אן א הוט און בעקיטשע, מען זיצט ביי א סעודה און מען זינגט נישט קיין זמירות, עס איז מיר ממש געווען א זאך וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין.


דא זע איך אז ווען איך באגעגן תלמידים פון ישיבה, רעדן זיי איידל, זיי גריסן, זיי קומען זיך אויס אין שטוב, און איך בין זייער נתפעל געווען פון ברסלב, און דא בין איך אנגעקומען צו א שטוב אין קרית ברסלב און די גאנצע שבת זעט אויס אזוי פראסט, נאכדערצו ווען דער ראש ישיבה שליט"א אליין רעדט אסאך פון די גרויסקייט פון א שבת טיש, פון זינגען זמירות, און אזוי ווייטער.


יישר כח פאר אלעס, הצלחה מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גוטע אויגן, קוקן גוט אויף א צווייטן, זען דאס גוטס ביי אידישע קינדער און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. עס איז נישט קיין קונץ צו זוכן חסרונות ביי אנדערע, א קונץ איז צו זען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער, קענען ליידן יעדן איד און יעדן איינעם ליב האבן.


די הייליגע צדיקים קוקן אויף יעדן איינעם גוט, זיי זוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם, זיי זעען נישט דאס שלעכטס; מיר דארפן זיך אויסארבעטן צו קענען צוקומען צו דעם, נאר צו זען דאס גוטס. ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו דערציילט מען, האט אמאל פאסירט, ער האט געזען ווי א איד איז פארנומען אינמיטן דאווענען מיט זיין וואגן, דער איד איז געשטאנען אינדרויסן פון שול מיט טלית און תפילין און פארראכטן די וואגן, האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק אן דעם איד, ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין וואגן, דער וואגן איז ביי אים מער וויכטיג פון אלסדינג, דאך טוט ער אן יעדן טאג טלית און תפילין; ער טוט דיין רצון, ער טוט וואס די תורה הייסט טון"; די צדיקים זיי זעען אנדערש, זיי זעען ווי אידן זענען גוט, ווי אידן זענען וואויל; זיי זעען די טלית און תפילין. א צווייטער זעט ווי יענער דאווענט נישט, ווי יענער פאלט, אבער צדיקים זעען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער.


ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אן אינטערעסאנטע מעשה פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, דער הייליגער רבי אלימלך גיסט אן דעם בעכער און נעמט דאס אין האנט, דער עולם ווארט דער צדיק זאל אנהייבן קידוש, אבער דער צדיק שטייט שטיל, ער עפנט נישט זיין מויל, דער עולם שטייט און וואונדערט זיך 'וואס גייט דא פאר? אפשר קומט א נייע גזירה?!' דער צדיק שטייט מיט פארמאכטע אויגן און ווארט און ווארט, ענדליך הייבט דער הייליגער רבי אלימלך אן זאגן מיט פייער די ווערטער פון קידוש: "יום השישי" וגו'.


די תלמידים זענען נייגעריג, זיי ווילן פארשטיין וואס דא גייט פאר. שפעטער האט מען געפרעגט דעם הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט זיך דער צדיק פארזוימט? האט דער רבי אלימלך געזאגט: "פאר קידוש איז דאך א צייט פון תשובה, איך האב אנגעהויבן טראכטן ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן; איך האב זיך ארום געקוקט און געזען פאר מיר צוויי מענטשן קומען אריין צום טיש, די צוויי מענטשן זענען געווען גרויסע לצים, זיי זענען געקומען מאכן ליצנות, איך האב געטראכט צו מיר 'איך בין טאקע ערגער פון אלע מענטשן דא אין בית המדרש, אבער די צוויי זענען נאך ערגער פון מיר, זיי זענען נאך מער שלעכטע מענטשן; איך האב גענומען די כוס אין די האנט און נישט געקענט מאכן קידוש, איך האב געזוכט צו טראכטן עפעס גוטס אויף זיי, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן גוטס אין זיי, איך האב געווארט און געווארט, געטראכט און געזוכט עפעס גוטס אויף זיי; איך האב געטראכט אז אויב איך קען נישט טרעפן אין זיי גוטס קען איך נישט מאכן קידוש, בין איך פסול לעדות, ביז איך האב אריינגעטראכט אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ווי נישט ווי זענען זיי געקומען צו א הייליג פלאץ, זיי וואלטן דאך געקענט זיין אין א שלעכטע פלאץ, זיי וואלטן געקענט גיין טון עבירות, יעצט זענען זיי געקומען אין א הייליג פלאץ; איך האב אנגעהויבן זען אין זיי אזא ליכטיגקייט, דעמאלט האב איך אנגעהויבן מאכן קידוש".


דאס איז די עבודה ביי צדיקים, זיי זוכן גוטס אויף אידישע קינדער; אפילו אויף לצים, נידריגע מענטשן - טראכטן זיי גוטס, כל שכן ווען מען זעט א איד עסן די שבת'דיגע סעודה, א איד וואס היט שבת - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, טאר מען נישט זוכן דערביי שלעכטס, אויב ער גייט יא מיט א בעקיטשע אדער ער גייט נישט מיט א בעקיטשע, אויב ער זינגט יא זמירות אדער נישט.


אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואו דו ביסט איינגעשטאנען, איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט אנהייבן נוצן די עצה פון התבודדות וועסטו שוין נישט זען קיין שלעכטס, דו וועסט זען ווי טייער אידישע קינדער זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1391 - ווי אזוי קען איך פועל'ן ביי מיין מאן ער זאל מיר נישט פארשעמען?
שלום בית, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים פאר פרויען, עס איז זייער זייער מחזק.


אזוי ווי דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון טעראפי, ווי נישט גוט דאס איז, און איך מוז מודה אז דאס איז טאקע נישט גוט, נאכדעם וואס מיר זענען געגאנגען צו א שיינע פאר טעראפטיסטן אין די לעצטע פאר יאר זייט אונזער חתונה, אבער דערווייל אין אונזער שלום בית גארנישט בעסער געווארן מיט קיין שום זאך.


מיין מאן האט נישט צופיל געדולד פאר מיר, און ס'גייט אזוי ווייט אז ער קען מיר צוקלאפן און פארשעמען אין פארנט פון זיין משפחה. איך בעט זיך שוין אזויפיל מאל ביי אים ער זאל אויפהערן דאס צו טון, און ס'העלפט נישט, ביז איך האב שוין אויפגעהערט צו זאגן, נאר ווען ס'איז שוין געגאנגען ממש פייער אין שטוב,


היינט קען איך אים שוין עס גלייך זאגן, אבער ער פארשעמט מיר כסדר אן אויפהער, עד כדי כך אז עס איז מיר שווער צו גיין צו זיין טאטע אויף שבתים, און ווען איך זאג אים דאס ווערט ער נאך מער נערוועז.


איך האב נאך אסאך וואס צו רעדן, ווייל באמת וויל איך א שיינע שטוב, ווייל איך האב זייער ליב מיין מאן, אבער איך שפיר א גאנצע צייט אז עס האקט זיך אריין אין א וואנט.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן און ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שליסל פאר שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; ווי מער מען עפנט זיך איינער צום צווייטן - ווערט מען נענטער, און די ליבשאפט ווערט שטערקער.


אז אייער מאן טוט אייך וויי, ער איז אייך מצער - זאלט איר אים זאגן ווי שטארק עס באדערט אייך אז ער רעדט צו אייך מיט געשפעט, איר זאלט אים זאגן: "איך ווער זייער וויי געטון פון די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מיר"; זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב און ווי שטארק איר ווילט זיין מיט אים, וועט ער זיכער אנהייבן אכטונג געבן ווי אזוי ער רעדט צו אייך.


זאגט אים ווי שטארק איר שעצט זיין כיבוד אב ואם, ווי שטארק איר ווילט גיין מיט אים צו זיינע עלטערן אויף שבת; אבער די וועג ווי אזוי ער רעדט טוט וויי און דאס שטערט אייך.


ארבעטס אויף זיך אליין איר זאלט זיין פרייליך, פרובירט מיט אלע אייערע כוחות אים שטענדיג אויפצונעמען מיט א שמייכל, וועט זיין: "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם (משלי כז, יט)", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז דער לעבן; אויב מען שמייכלט צו א שפיגל זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום שפיגל זעט מען צוריק א זויערע פנים, אז איר וועט רעדן שיינערהייט צו אים וועט ער רעדן צו אייך שיינערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1390 - אויב פאר איך נישט קיין אומאן, בין איך נאך א ברסלב'ער חסיד?
אומאן, חסידות ברסלב, ראש השנה, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה וועט מיר בכלל פארשטיין, איך בין זייער צובראכן.


איך לעב אויף די חיזוק פון רבי'ן, און יעצט קומט ראש השנה, און איך קען נישט פארן קיין אומאן. וויל איך וויסן אויב איך ווער נאך אלץ גערעכנט ווי א ברסלב'ער חסיד? קען איך נאכאלץ האבן א שייכות מיטן רבי'ן? אדער נאר אויב איך פאר קיין אומאן קען איך האבן א שייכות מיט ברסלב?


איך בין זייער צומישט, איך האף און איך ווארט אויף א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דער עיקר התקשרות צום רבי'ן איז נאר אז מען לערנט זיינע הייליגע ספרים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, די שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; נאר אזוי איז מען מקורב צום הייליגן רבי'ן, אז מען לערנט זיינע הייליגע ספרים.


דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן ס) ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען הערט דעם קול פון צדיק? אויב מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן; ווי נאר מען איז זוכה צו הערן דעם קול פון הייליגן רבי'ן עפנט זיך אויף דאס מויל, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן. דאס איז די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, התבודדות; א מענטש זאל גיין אין א שטילע פלאץ זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן וואס עס גייט אריבער און אים בעטן מיט אלע סארט שיינע ווערטער, רחמנות'דיגע ווערטער ער זאל אים מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער שליסל אריינצוקומען צו ווערן אנגערופן א ברסלב'ער חסיד. דאס זאלסטו גוט געדענקען, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אלץ מער איז ער מקורב צום רבי'ן; דאס איז א סימן אז ער הערט די קול פון רבי'ן, דאס איז א סימן אז דער רבי וועקט אים אויף פון שלאף.


אודאי און אודאי דארף מען טון אלעס אין דער וועלט צו קומען כאטשיג איין מאל אין לעבן צום הייליגן רבינ'ס ציון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען מיט צוויי באגלייבטע עדות אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון אין אומאן, ער וועט געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, "אפילו אם עצמו וגבהו חטאיו ופשעיו", אפילו ער האט געטון זייער אסאך עבירות וועט ער אים ארויסציען פון שאול תחתית ומתחתיו; פאר די הבטחה אליינס איז שוין כדאי אויסצוגעבן די גאנצע געלט און צעברעכן אלע מניעות צו קענען זיין איין מאל אין לעבן ביים רבינ'ס ציון און זאגן די תיקון הכללי, קיין שום אנדערע צדיק האט דאס נישט מבטיח געווען.


מכל שכן ווען עס קומט ראש השנה, ווער עס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה איז נישטא קיין גרעסערס פון דעם; ווייל אויף ראש השנה האט דער רבי אונז זייער אנגעווארנט, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


אבער דער עיקר התקרבות איז נאר תלוי ווער עס לערנט די הייליגע ספרים פון רבי'ן, דער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1389 - ווי אזוי קען איך זיין צופרידן פון מיין ווייב?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן האב איך יא אביסל, נאך אלס קינד פלעגט מיין שוועסטער זאגן אז איר לערערין זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אין אנהויב האב איך געלאכט דערפון, אבער שפעטער האט עס מיר יא געכאפט, איך האב געשפירט אז איך האב אלעמאל אן אוזן קושבת, דער אייבערשטער איז גרייט מיר אויסצוהערן אלעמאל, אפילו ווען מענטשן פארשטייען מיר נישט.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב ברוך ה' פיין חתונה געהאט, איך האב א גוטע און וואוילע ווייב, אבער מיר קומען פון פרומע משפחות, און איך שפיר אז זי איז נישט גענוג אהערגעשטעלט פאר מיר, און איך האב אסאך פראבלעמען אין שמירת עינים, וואס שטערט מיר אסאך אין לעבן.


ווען איך האב זיך אויסגערעדט פאר חברים, האבן זיי מיר גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איך וויל אבער נישט, איך בין זייער צופרידן מיט איר, נאר עס שטערט מיט די פרומע וועג ווי אזוי זיך גייט אנגעטון. וואס איז יא די עצה? ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל באמת זיין צופרידן אין שטוב, און נישט זוכן קיין גליקן אינדרויסן?


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב שוין באקומען פון אייך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל וואס איך גיי דיר זאגן, אויב איינער דארף זיך פאררעכטן - איז דאס נישט דיין ווייב; אז דו ביסט נישט צופרידן, דו ביסט נישט זאט אין לעבן - האט דאס נישט מיט איר, דו ביסט דער פראבלעם, אז דו ווילסט זיך שפירן צופרידן און גליקליך - ליגט דאס אין דיינע הענט. זיין א צופרידענער מענטש האט מיט זיך אליינס; די וואס טראכטן: 'אויב מיין ווייב וועט זיין אזוי און אזוי, זי וועט זיך אנטון אזוי און אזוי - וועל איך זיין גליקליך און צופרידן', אזוי אויך די פרויען וואס טראכטן: 'ווען מיין מאן וועט זיין אזוי און אזוי, וועל איך זיין א גליקליכע' - די זענען זיך טועה, ווייל זיין פרייליך, גליקליך און צופרידן - דאס האט מיט זיך אליינס.


ווי אזוי ווערט מען א צופרידענער מענטש? ווען א מענטש געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ער איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן - דעמאלט הייבט מען אן שפירן א צופרידנקייט אין לעבן, מען ווערט אזוי פרייליך, מען שפירט זיך זייער גליקליך.


וואס איז ביטול? ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? ווען מען ווייסט און געדענקט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, גארנישט איז א פערצופאל, נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה און קיין מזל, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז א לבוש, א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן; מיין ווייב, מיין מאן, מיינע קינדער, מיין פרנסה, מיין הויז, מיין קאר, מיין טאטע, מיין מאמע, מיינע שוועריקייטן, מיינע איבערגייאכטץ, מיין אלעס וואס איך האב און וואס איך גיי אריבער - איז דער אייבערשטער, ווען מען נעמט דאס גוט אריין אין זיך, ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, דאס איז ביטול; דעמאלט איז מען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א וואוילע ווייב און א גוטע ווייב, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו: "זי איז וואויל, זי איז גוט", - דארפסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דארף מען מער פון גוט און וואויל? עפעס אנדערש איז נאר דמיונות. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר כדי זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער, אים איז ענדערש געווען א פשוט'ע פרוי וואס איז נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו' אבער זי האט הכנעה; זי גרויסט זיך נישט, זי איז געטריי, זי איז גרייט פאר אים, זי קוקט ארויף אויף אים - ווי איידער האבן א פרוי וואס גרויסט זיך און טרעט אויף אים.


אסאך אינגעלייט ווי דיר האבן די פייגלעך אין קאפ, זיי פייניגן זיך מיט דער געדאנק: 'איך וויל מיין ווייב זאל גיין אנגעטון אזוי', 'איך וויל א ווייב אזוי', זיי שלאגן זיך אין קאפ מיט מחשבות: 'ווען זי וואלט ווען געווען אזוי וואלט איך געווען פרייליך', 'ווען זי וואלט זיך געטוישט וואלט איך געהאט שמירת עיניים'; דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נישט דער מענטש זאל זיין ערליך, הייליג און ריין; ער ברענגט די סארט מחשבות פון נישט זיין צופרידן פון די ווייב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן אויף אמונה, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך רוען די שכינה ביי אונז אין שטוב, געב מיר צופרידנקייט; איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן, מיט מיין ווייב און מיט אלעס וואס איך האב.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי פארזינקען אין טומאה, איך האב מפקיר געווען מיינע אויגן, איך קוק אויף פרעמדע פרויען; דאס מאכט איך זאל נישט ליב האבן מיין ווייב. איך בין אזוי משוגע געווארן פון קוקן אזויפיל שמוץ, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך האב א וואוילע ווייב, אבער די עבירות מאכן איך זאל זיין אזוי פארדריידט אז איך טראכט נארישע מחשבות פון זיך גט'ן השם ישמרינו; העלף מיר טאטע, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, איך וויל היטן מיינע אויגן, אזוי וועל איך ליב האבן מיין שטוב, איך וועל ליב האבן צו זיין אינדערהיים מיט מיין משפחה, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן, איך ווייס נישט פארוואס איך וויל אלץ ארויסלויפן, איך זוך אלץ גליקן, איך רעד זיך איין אז עפעס גליק איז דא אינדרויסן"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע בקשות פון הארץ.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן די תפילה וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהייבן שפירן אין שטוב א טעם גן עדן, דו וועסט נישט וועלן עפעס אנדערש ווי דיין ווייב און קינדער, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן די גאס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1388 - ווי אזוי ווערט מען א תלמיד היכל הקודש?
אומאן, אמונה, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, ניגונים, תלמיד, חסידות, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר גאר שטארק מחזק.


איך בין א אינגערמאן מיט א געבענטשטע משפחה, איך ארבעט פאר פרנסה, און איך הער די שיעורים און איך ליין די בריוו פון עצתו אמונה. מיין שאלה איז, קען איך זיך אויך רעכענען פאר א תלמיד הישיבה פון דערווייטנס דא וואו איך וואוין, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג? און אויב יא, ווי אזוי?


נאך א זאך וויל איך פרעגן, איך האב געזען וואס איר האט מיר געענטפערט איבער דעם וואס איך האב געפרעגט וואס דער רבי זאגט אז דורך א ניגון פונעם צדיק גייען אוועק די שאלות פון חלל הפנוי. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק", איך האב אבער נישט פארשטאנען ווי אזוי מ'נוצט דאס אויף למעשה, איז דאס עפעס א געוויסע ספעציעלע ניגון וואס מ'דארף זינגען? אדער סיי וועלכע ניגון פון א צדיק וואס איז מעורר אויף דעם "ממלא כל עלמין", אז דער אייבערשטער איז איבעראל, העלפט אויך? ביי מיר ארבעט עס אז יעדעס מאל ווער איך נתעורר דורך אן אנדערן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט פון די נקודה, מען זאל נישט מיינען אז דער רבי איז מצומצם אין א געוויסע פלאץ. לאנגע יארן האט מען געמיינט אז דער רבי איז מצומצם אין די שול אין ירושלים; אלע האבן נאר געוואלט קומען קיין ירושלים צום שול, כאילו נאר דארט איז דער רבי'ס זאך, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט קעגן דעם, מען זאל וויסן אז דער רבי איז איבעראל, דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט זיינע הייליגע ספרים און וואו מען פאלגט די עצות.


ווען מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וואו דער קיבוץ איז; א טייל האבן געזאגט דער קיבוץ איז אין ירושלים און א טייל האבן געזאגט אז דער קיבוץ איז אין מירון, ביים קבר פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ביז מוהרא"ש איז געקומען, ער האט גערעדט און געשריבן אז מען זאל נישט מאכן קיין עסק - נישט פון מירון און נישט פון ירושלים; דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט זיין אין אומאן, איז איבעראל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט איז א קיבוץ.


אויך אין אומאן האט מהרא"ש מבטל געווען די טפשות פון די וואס האבן געזאגט אז דער רבי איז אין קלויז, דער רבי איז דא, דער רבי איז דארט; מוהרא"ש האט געזאגט: "דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט די ספרים און מען איז מקיים די עצות", ובפרט דארט וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בענין קירוב רחוקים, וואס דער רבי האט אזוי סאך גערעדט פון דעם, מען זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש; א תלמיד היכל הקודש איז נישט דער וואס איז נאנט, די וועלכע זענען נאנט און טוען נישט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט - האבן גארנישט קיין שייכות מיט היכל הקודש, מען קען זיין נאנט און מען איז ווייט, און מען קען זיין ווייט און מען איז נאנט; נאנט איז דער וואס לערנט אסאך אשר בנחל, דער וואס איז זיך מחזק מיט די עצות.


אויף די פראגע וועגן די ניגון וואס דער רבי רעדט וכו'; די צדיקים זענען מגלה די ריינע קלארע אמונה, זיי זינגען ניגונים פון אמונה און דורך דעם קערן זיך אלע צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געמאכט א ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב דאס גיין אליין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזונגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט הונדערטער מאל, ביז עס איז געווארן די שיינע ניגון.


ווען מען זינגט די ניגונים ווערט מען שטארק אין אמונה, מען באקומט א לויטערע אמונה. די צדיקים, זיי ברענגען אריין א שטארקע אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", די אלע וואס זענען זוכה צו מקורב ווערן צו אן אמת'ן מנהיג זענען זוכה צו האבן אמונה, "אֲבָל בֶּאֱמֶת צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ וּלְבַקֵּשׁ מְאֹד מְאֹד אַחַר מַנְהִיג אֲמִתִּי כָּזֶה", אבער מען דארף זוכן זייער שטארק אז מען זאל טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", כדי מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, "כִּי כְּשֶׁמִּתְקָרְבִין, חַס וְשָׁלוֹם, לְמַנְהִיג שֶׁל שֶׁקֶר", ווייל ווען מען ווערט מקורב צו א פאלשער מנהיג, "עַל יְדֵי זֶה בָּאִין, חַס וְשָׁלוֹם, לֶאֱמוּנוֹת כָּזְבִּיּוֹת", פארלירט מען די אמונה און מען הייבט אן גלייבן אין פאלשע זאכן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א שטארקע אמונה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1387 - וואס קען איך טון פאר היכל הקודש?
לימוד התורה, ספרי ברסלב, היכל הקודש, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין עצתו אמונה ווי די ראש ישיבה שרייבט דארט א ש'כח פאר איינעם פאר'ן העלפן די מוסד, און א ש'כח פאר יענעם פאר'ן העלפן די מוסד, איך זע א גאנצע צייט ווי בחורים און אינגעלייט דא אין ירושלים, און אויך אין אמעריקע, יעדער טוט עפעס אנדערש צו העלפן היכל הקודש. דערווייל טו איך נאך גארנישט צו העלפן היכל הקודש, חוץ פון די ביסל הפצה, איך פארשפרייט ספרים, קונטרסים און גליונות, איך בין זייער צובראכן וועגן דעם, ווייל איך וויל אזוי שטארק טון, און אויפטון פאר היכל הקודש.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס נאך איך קען אויפטון, פאר היכל הקודש און פאר'ן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון גיין הפצה? וואס קלאפסטו זיך אראפ אז דו טוסט גארנישט פאר היכל הקודש?! אז דו גייסט הפצה ביסטו היכל הקודש, וואס איז דען היכל הקודש אויב נישט הפצה?!


היכל הקודש איז דאך נאר הפצה; מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש קהילת היכל הקודש וואס איז געבויט אויף די ווערטער וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נט): "כִּי זֶה הָאִישׁ הַמִּשְׁתַּדֵּל לְקָרֵב וְלַעֲשוֹת נְפָשׁוֹת הוּא בּוֹנֶה בְּחִינַת 'הֵיכַל הַקֹּדֶשׁ", דער צדיק ווען ער איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן בויט ער אויף אן היכל הקודש, "וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ, הַיְנוּ זֶה שֶׁבְּנֵי אָדָם נִשְׁאָרִים דְּבוּקִים בְּיִרְאָה שְׁלֵמָה עַל יָדוֹ, אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם, אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם עַל יְדֵי זֶה "קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ", מען דארף האבן אסאך התחזקות צו קענען בלייבן אין דעם היכל הקודש, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאקערט זייער אויף די נשמות זיי אוועק צו נעמען פון דארט; נאך זאגט דער רבי (שם חלק ב', סימן עא): "כִּי בְּוַדַּאי צָרִיךְ שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם כֹּחַ וּגְבוּרָה לַעֲמֹד בָּזֶה, שֶׁיִּזְכּוּ לִהְיוֹת בְּהֵיכָלָא דְמַלְכָּא", מען דארף האבן זייער שטארקע כוחות צו קענען בלייבן אין דעם שיינעם פלאץ וכו'; צו טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין נשמות ישראל צום אייבערשטן.


וואס מיינסטו, ווער איז א תלמיד היכל הקודש? נישט דער וואס איז פון דער נאנט איז נאנט און נישט דער וואס איז פון דערווייטענס שטייט ווייט; דער וואס איז מקיים דעם הייליגן רבינ'ס ווילן - דער איז נאנט, נאר דער איז פאררעכנט פאר א תלמיד.


מוהרא"ש זאגט, א תלמיד היכל הקודש איז דער וואס טוט די פאר זאכן: ערשטנס, דער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. צווייטנס, אז מען איז פרייליך מיט דעם וואס מיר זענען אידן און טוען מצוות. דריטנס, דער וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די וועלט מיט מסירות נפש. פערטנס, דער וואס רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ווען מען גייט שלאפן. פיפטנס, דער וואס איז מחזק אנדערע און מאכט פרייליך אנדערע. זעקסטנס, דער וואס לערנט שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה וכו' וכו'.


צעברעך זיך נישט, קלאפ זיך נישט אראפ; זיי שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו, גיי ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים פאר אנדערע און מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין די בריוו פון אשר בנחל, עצתו אמונה וכו'. מאך זיך שיעורים אין די תורה, לערן אביסל חומש, משניות, גמרא; זיי מחזק אנדערע, געב א שמייכל פאר א צווייטן און רעדט זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; דעמאלט ביסטו פאררעכנט פאר א תלמיד היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1386 - ווי אזוי בין איך מצליח אין די שיעור עיון וואס מ'לערנט אין אונזער ישיבה?
לימוד התורה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער בחור, איך לערן אין א ישיבה וואס איז נישט ספעציעל פאר מצוינים, א געווענליכע ישיבה, אבער למעשה לערנט מען דא אסאך עיון און פלפול מיט עטליכע מפרשים, און וויפיל איך פרוביר מיטצוהאלטן אלע שיעורים און לימודים, שפיר איך אז איך בין נישט מצליח אנצוקומען דערצו.


איך דארף חיזוק און אפשר אן עצה ווי אזוי צו קענען אנצוגיין דא ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס אין אנהייב ווען מען הייבט אן לערנען, מען שפירט נישט קיין געשמאק; מען שפירט נישט קיין טעם אין לערנען, מען שפירט ווי מען איז נישט מצליח, אבער אז מען איז אן עקשן, מען קוקט נישט אויף דעם, מען לערנט תורה אן קיין געשמאק, אן געפיל, מען לערנט ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן - ווערט צוביסלעך זיס די תורה, ביז מען וויל שוין נישט אפלאזן די הייליגע תורה.


אן עצה טובה - דו זאלסט צעטיילן דיין טאג און צוויי; קודם זאלסטו פרובירן מיט האלטן די סדר הישיבה, נעם די מסכתא וואס מען לערנט אין ישיבה און חזר דאס אן א שיעור מאל, נאכדעם זאלסטו זיך מאכן שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן, לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


מאך זיך א שיעור אין משניות און אין גמרא; הייב אן פון אנהייב, גיי אין א סדר, ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא; דעמאלט זאלסטו אנהייבן נאך א מסכתא און דאס לערנען כסדרן, קוק נישט אויף דעם אויב דו פארשטייסט נישט, זאג די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, דער רבי זאגט (שם): "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', "אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#1385 - ווען איך האב ווען די שיעורים פריער, וואלט איך נישט אפגעלאזט אידישקייט
שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גע'גט'ע ווייבל פון ... שולע, איך האלט נישט קיין אידישקייט, און איך פלאן זיך נישט צו טוישן, איך וויל נישט טוישן מיין לעבן, עס איז מיר אזוי ביטער געווען די שווערע לעבן, איך בין געווען פרום און וואויל אלע יארן, ביז עס איז געקומען א צייט וואס עס האט געקראכט, איך האב געזען און פארשטאנען די פאלשקייט פון די סעקטע. אפילו ווען מיין נשמה ציעט אלעמאל צוריק צו גוט, אבער איך קען נישט און איך וויל נישט צוריקגיין.


איין זאך וואס איז מיר געבליבן, איך פריי זיך צו זען ווי אזוי איר געבט א וועג פאר מענטשן, דאס מאכט מיר טראכטן אז ווען איך וואלט געגאנגען אין אייערע פיסטריט אלס מיידל, וואלט איך היינט געהאט א געזונטע גוטע לעבן. דערפאר טראכט איך אלעמאל אז איך בין טאקע שוין צעריסן אבער כאטש אנדערע מיידלעך זעען אז עס איז דא א וועג וואס מען קען מאכן די תורה זיס און אריגינעל אן קיין פאלשקייט.


ספעציעל האב איך זיך געוואלט באדאנקן פאר דעם וואס איך האב געזען ווי איר זיצט און קלאגט מיט אייער קהלה דעם פארגאנגענעם תשעה באב, דאס איז מיר געווען ווי באלזאם אויף מיין פארווייטאגטע נשמה. ווייל איך דערמאן זיך ווי איך זיץ אלס מיידל אין מחנה ... אום תשעה באב, די לעקטערס פארלאשן, מען זיצט אויף דער ערד, מ'דערציילט שרעקעדיגע מעשיות, מיין קליין הערצעלע פלאצט צוזאמען מיט די הערצער פון אלע מיידלעך, מיר זיצן ווי פארלוירענע שאף, מען שמייסט און מען שמייסט, נאך א שרעקעדיגע מעשה, נאך א ציפעדיגע מוסר, אוי די פינסטערע תשעה באב קאשמארן וואס זענען מיר נאכגעלאפן לאנגע טעג און וואכן דערנאך. נאך א ניגון פון חורבן, נאך א שרעקעדיגע רעדנערין, באמבעס פאלן, קינדער אליין אין וואלד, די מאמע איז גע'הרג'ט, בלוט גיסט זיך, אוישוויץ, א מאסן קבר, שרעקליכע קרענק און מחלות, איבערבעטן, דאס איז געווען אונזער תשעה באב. מ'האט אונז אריינגעלייגט אין מלחמה, אין שרעק, אין טעראר, פיין, דרוק און געוואלדעס. מ'האט מיר צוגענומען מיין אטעם, מיין לעבן, מיין געזונט.


איך באשולדיג נישט קיינעם, קען זיין אז זיי ווייסן נישט וואס אזא תשעה באב טוט פאר א מיידל וואס דארף נאך זיין א צוקונפטיגע ווייבל, מאמע און באבע. און יעצט איך קוק אייער תשעה באב, אזא התעוררות, עס איז נישט דא קיין שרעק, עס איז נישט דא קיין חורבן, עס איז נאר דא טרערן פון האפענונג, טרערן פון בענקשאפט צו אמת, צו א טאטע וואס מען האט געמאכט פארלוירן פון אונז.


אוי הלואי לערערינס זאלן דאס זען, אוי הלואי מיידלעך זאלן וויסן אז נישט דאס וואס מען האט אונז געלערנט אינ'ם גהינום דאס איז אידישקייט, איך אנטשולדיג זיך פאר'ן אזוי וויינען צו אייך, איר קענט מיך נישט, אבער איך האב געפילט אז די ווערטער ליגן מיר אין האלז; כאטש זאלן די שעפעלעך וואס זענען אין מיינע קינדער שיך, וויסן וואו עס איז דער גהינום און וואו עס איז גן עדן


א ... תלמידה


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי ווי אייך זענען דא זייער אסאך פון די יוגענט וואס גייען אוועק פון די תורה וועג מיינענדיג אז די פרייע לעבן איז די גוטע לעבן, ווען באמת איז נישטא פאר אידישע קינדער קיין אנדערע וועג צו לעבן; עס זעט אויס ווי די פרייע לעבן איז געשמאקער אבער עס איז נישט אזוי, נאר אז מען היט די תורה האט מען לעבן, נאר אז מען טוט וואס דער אייבערשטער זאגט - איז מען גליקליך און צופרידן.


ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער זענט איר זייער נאנט צום אייבערשטן, אייער הארץ איז געבליבן א אידישע הארץ, אייער נשמה בענקט צוריק צום אייבערשטן, איר קענט אין איין מינוט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער בעט איבער דעם אייבערשטן, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך גיי שוין זיין גוט", - איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות. דער אייבערשטער האט רחמנות אויף יעדן איינעם, ער נעמט יעדן איינעם צוריק, נאכמער פון דעם זאגן אונז די הייליגע חכמים (יומא פו:): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁזְּדוֹנוֹת נַעֲשׂוֹת לוֹ כִּזְכִיוֹת", ווען מען טוט תשובה פון ליבשאפט, מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן ווייל מען האט ליב דעם אייבערשטן, דעמאלט ווערן פון אלע עבירות - מצוות.


וויסן זאלט איר, די הייליגע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן איז א זיסע תורה, א גוטע זאך; עס זענען דא וואס פארדרייען די תורה, זיי מאכן זיך אן אייגענע תורה - וואס שטעכט, עס זענען דא וואס לייגן צו נייע זאכן, דאס מאכט עס שטעכעדיג; דאס איז נישט די תורה פונעם אייבערשטן, די תורה פונעם אייבערשטן איז נישט קיין שטעכעדיגע זאך, די תורה איז נישט קיין ביטערע זאך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה לב) ווער זאגט אז כפות תמרים איז א לולב, אפשר מיינט די תורה מיר זאלן נעמען פאר כפות תמרים א שטעכעדיגע בלעטל? אזוי אויך, ווער זאגט אז ענף עץ איז הדסים, אפשר איז ענף עץ עבות א הירדוף - א דארן בלעטל? זאגט די גמרא עס קען נישט זיין ווייל (משלי ג, יז): "דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם", די וועג פון די תורה איז א זיסע וועג, נישט קיין שטעכעדיגע וועג; איז זיכער נישט פשט מען זאל נעמען די זאכן אין די הענט און ווערן צעשטאכן.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם ווילנער גאון זכותו יגן עלינו, אויב מען לייגט צו זאכן צו די תורה, ביים סוף לאזט מען אפ די תורה; ער טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית כז, מ): "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ", 'תריד' איז מיט איינס מער פון 'תרי"ג', וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד', אז דו וועסט צולייגן איינס אויף תרי"ג, עס וועט ווערן תרי"ד - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ, דעמאלט ווארפט מען אראפ דעם עול פון די תורה.


דאס איז די וועג פונעם ס"מ; ער האט דאס געטון מיט אדם וחוה, ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", מען זאל נישט עסן פונעם עץ הדעת, איז געגאנגען דער נחש הקדמוני און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', אויך לאזט נישט דער אייבערשטער מען זאל אנרירן דעם בוים, און איינמאל ער האט צוגעלייגט וכו' האט ער אראפגעווארפן דורכדעם אדם וחוה און גורם געווען אלע שלעכטס; דאס פאסירט ווען מען לייגט צו, מען מאכט זיך אן אייגענע תורה.


אייער לעבן קען נאך ווערן שיין און זיס, ביים רבינ'ס שולע נעמט מען אן אויך ערוואקסענע; מען דארף נישט זיין קיין יונגע מיידל צו האבן א גוטע לעבן, ביים רבי'ן איז דא א וועג זיך זיס מאכן דאס לעבן אפילו מען איז שוין עלטער. הייבט אן נוצן דעם רבינ'ס עצות, זאגט יעדן טאג אביסל תהלים, תהלים איז איינגעטיילט אין זיבן, זאגט יעדן טאג דעם יום תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, "כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה, אזוי ווי מיר זעען אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זאגן אלע אסאך תהלים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1384 - איז נאך דא פאר מיר א וועג ארויסצוקריכן פון שמוץ?
התחזקות, תהלים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.


דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.


דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.


אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.


אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.


ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?


איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.


זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".


טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".


אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.


דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1383 - זאל איך נאכאמאל ענדיגן ש"ס, אדער נאך א מסכתא 101 מאל?
לימוד התורה, סיום, סיום הש"ס, יונגע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיעורים, ס'איז מיר ממש מחיה, יישר כח.


ברוך ה' איך האב מסיים געווען 101 מאל מסכת תענית און 101 מסכת חגיגה, און איך גיי אם ירצה ה' ענדיגן די אנדערע וואך די 15'טע מאל משניות.


איך וויל פרעגן אויב איך זאל נעמען נאך א מסכתא און איבערגיין 101 מאל, אדער זאל איך אנהייבן נאכאמאל ש"ס? איך וויל ענדיגן א צווייטע מאל ש"ס פאר איך ווער פערצן יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זוכה צו לערנען תורה, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן, האסט מסיים געווען צוויי מסכתות מאה פעמים ואחד, בנוסף - דיינע אנדערע שיעורים; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בלייבן שטארק נישט אפצולאזן דיין התמדה דיין גאנץ לעבן, זאלסט בלייבן צוגעקלעבט צו די תורה אויף אייביג.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט ענדערש טון, לערנען נאכאמאל ש"ס אדער נעמען א דריטע מסכתא און דאס לערנען און חזר'ן מאה פעמים ואחד; ביידע וועגן איז גוט, עס איז גוט דו זאלסט גיין צו א דריטע מסכתא און דאס איבערגיין הונדערט און איין מאל, אויך איז גוט זאלסט ענדיגן נאכאמאל ש"ס; דעריבער זאלסטו טון וואס עס ציט דיר מער, אויב ציט דיר יעצט צו ענדיגן ש"ס א צווייטע מאל זאלסטו דאס טון.


געב אכטונג נישט צו האבן צו טון מיט לצים; טענה נישט מיט קיינעם, דו טו וואס דער רבי האט אונז געזאגט, לערן גמרא כסדרן אפילו בלי הבנה כלל; די בלעטער גמרא וועט דיר ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים: "גְּמָרָא גְמוֹר" – דורך זאגן גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - פארשניידט מען אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון פאר די נשמה הקדושה, "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז דער לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל, ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1382 - זאל מען איינקויפן קליידונג פון פאראויס?
קינדער, עין הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות, דאס איז מיין לופט צום לעבן, איך שפיר ווי א נייער מענטש מיט די גוטע וועגן פון הייליגן רבי'ן, בפרט מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אלעס וואס איך וויל און איך טראכט. איך בין זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, איך האב ברוך ה' געענדיגט צוויי מסכתות.


מיר ווארטן א שמחה ברוך ה', מיין מאמע זאגט אז מ'קויפט גארנישט קיין קליידער פון פאראויס, אבער מיין שוויגער פלעגט יא איינקויפן פאראויס, ווילן מיר וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם. ס'איז בכלל נישט קיין מחלוקת צווישן זיי, ס'איז נאר אז מיר ווילן פשוט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די טעג, וואכן און חדשים וואס מען ווארט וכו' - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט ברמ"ח אברים ושס"ה גידים, אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


אויך זאגט מוהרא"ש אז אין די טעג זאל מען זאגן די נעמען פון צדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך; העלף מיר בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי, בזכות רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות דער הייליגער רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא מברסלב, בזכות רבי נתן מברסלב, בזכות מוהרא"ש; בזכות די הייליגע צדיקים העלף מיר איך זאל האבן גרינג, עס זאל נישט זיין קיין פראבלעמען, דאס קינד זאל זיין געזונט וכו' וכו'".


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט איינקויפן פאראויס; עס איז נישט כדאי צוליב עין הרע.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1381 - קען איך נעמען די קאראנע וואקסין?
אומאן, רפואה, ראש השנה, וואקסינען, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעצט איז ארויסגעקומען די נייעס אז אוקריינע האט אנגעהויבן פארלאנגען אז אויב וויל מען אריינקומען ביי זיי אין לאנד דארף מען האבן גענומען די קאראנע וואקסין. אדער דארף מען זיך דארט זיך איינשפארן פאר 10 טאג.


איך וויל זייער שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, אבער איך האב זייער מורא צום נעמען דעם וואקסין, מענטשן שרעקן אן אז ס'קען מאכן אסאך פראבלעמען, ס'קען שאטן צו האבן קינדער, און נאך. פון די אנדערע זייט זעט מיר אבער אויס אז אן די וואקסין וועל איך נישט קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


איך בין זייער צעמישט און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן וואס צו טון, אדער אויב איך קען נעמען דעם וואקסין און דער ראש ישיבה זאל מיר אנוואונטשן אז ס'זאל נישט שאטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט מורא האבן צו נעמען די וואקסין; קענסט עס נעמען, עס שאט נישט פאר'ן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1380 - וואס טו איך ווען מיין טאטע געבט מיר נאר פסקים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, וואקאציע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אייערע טייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא.


לעצטנס בין איך געפארן מיט מיין ווייב ערגעץ אויף וואקאציע, און ווען מיין טאטע האט געהערט דערפון איז ער אריינגעפאלן אין א שווערע כעס, ער האט געהאקט קעגן מיר פאר מיין אלע געשוויסטער, און מיר אנגערופן אויפ'ן טעלעפאן און געשריגן אויף מיר אז איך בין משנה פון די מסורת האבות, איך בין א חוטא ומחטיא, און איך בין א הולך בעצת אשתו שיורש גיהנום.


זייענדיג א וואוילער בטבע האב איך אים אנגערופן איבערבעטן, כ'האב אים געזאגט אז איך האב נישט געוואוסט פון די מסורה, און ער האט מיר געזאגט אז ער איז באמת נישט ברוגז אויף מיר, נאר דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר.


מיין ווייב האט מיר כסדר געזאגט איך זאל אים איגנארירן, מיר זענען ברוך ה' חתונה געהאט, און מיר דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון. איך בין אבער געווארן זייער איבערגענומען פון די מעשה, איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האב זיך נאכגעפרעגט פאר איך בין געפארן צי עס איז אן ערליכע פלאץ, און אזוי ווייטער. און איך וויל זייער מקיים זיין ווייטער כיבוד אב ואם אזוי ווי פאר דעם, אבער איך בין זייער צעמישט און אנגעווייטאגט.


איך העלף אסאך ארויס מיינע עלטערן מיט געלט, מיין טאטע ווייסט נישט פון דעם נאר מיין מאמע, אבער קיין ש'כח באקום איך נישט, נאר א פסק.


אויב איר קענט מיר אויסקלארן אביסל וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען זעט פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט נישט וואס כיבוד אב ואם איז; דו מיינסט אז כיבוד אב ואם איז א געלעכטער.


ליידער לעבן מיר אין די צייטן פון עיקבתא דמשיחא, עס איז ממש אזוי ווי די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט, ווי אזוי עס וועט אויסקוקן פאר משיח וועט קומען (סוטה מט:): "בֵּן מְנַבֵּל אָב", קינדער וועלן חוזק מאכן פון די טאטע, "בַּת קָמָה בְאִמָּהּ", די טעכטער וועלן אויפשטיין קעגן די מאמע, "כַּלָּה בַּחֲמֹתָהּ", די שנור וועט אויפשטיין קעגן די שוויגער וכו'; מען איז מזלזל אין עלטערן, מען ווייסט נישט אז דאס איז גאר א הארבע מצוה, ביי די הייליגע חכמים ווערט די מצוה פון כיבוד אב ואם אנגערופן (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן; נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי קידושין א, ז): "רֶבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


כל הכבוד אז דו העלפסט דיינע עלטערן מיט געלט וכו' וכו', אבער געדענק אז דאס איז גארנישט ווערד אויב מען איז זיך מתחצף צו זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה, שם): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים", ווידער איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט, "וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", און אין דעם זכות גייט ער אין גן עדן. אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו, בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ", איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ, זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטער טאטע, וואס רעדסטו אזויפיל? שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין! "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט ביים סוף גיין אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דער איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", כדי דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, [אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): "וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה"], "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטן ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


אז דיינע עלטערן האלטן דיר פאָר וכו', זאלסטו זיי איבערבעטן און זיי זאגן אז דו גייסט אכטונג געבן זיי מער נישט מצער זיין, און אז דיין ווייב וויל מיט דיר גיין זיך אפרוען וכו', דארפסטו זיך נישט רייצן מיט דיין טאטע, אים ווייזן אז דו טוסט אנדערש ווי זיין ווילן.


גלייב מיר, מיט אביסל שכל קען מען לעבן א חיים טובים, צופרידנשטעלן די ווייב און אויך טאטע מאמע; פארוואס דארף מען מאכן מחלוקות? פארוואס מוז מען זאגן די עלטערן 'מיר טוען וואס מיר ווילן'? מען קען דאך טון וואס מען טוט אן דעם וואס מען זאל זיי מצער זיין!


כיבוד אב ואם איז נישט קיין ווערטל, דער אייבערשטער זאגט אונז אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע; אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע עלטערן - וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה.

#1379 - וואס טו איך ווען מיין ווייב הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער?
שלום בית, סבלנות, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון ווען מיין ווייב שרייט אויף די קינדער אלע סארט מיאוס'ע ווערטער און קללות, זי שלאגט זיי פאר יעדע קלייניקייט, און ווען איך זאג איר עפעס דערוועגן שרייט זי אז איך מאך איר שווערער דאס לעבן.


צום ביישפיל אויב איינע פון די קינדער מאכן זיך נאס בטעות, קען זי שרייען אויף זיי, "דו קליינע בעבי, שלעכט קינד, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן נישט צו מאכן נאס? איך האב מער נישט קיין וועש פאר דיר", און דאס גלייכן. בכלל מאכט זי א גאנצע עסק פון יעדע קלייניקייט וואס די קינדער טוען, און איך גיי אויס צוצוזען ווי מיינע קינדער ווערן געפייניגט טאג טעגליך, ובפרט ווען זיי קומען וויינען צו מיר אז מיין ווייב טשעפעט זיי, שלאגט זיי, און פארשעמט זיי.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה קען מיר העלפן, וואס זאג איך פאר מיינע קינדער? וואס זאג איך פאר מיין ווייב? מיין הארץ גייט אויס פאר זיי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דיין ווייב שרייט אויף די קינדער זאלסטו איר דן זיין לכף זכות; זי שרייט נישט ווייל זי וויל זיי וויי טון, זי שרייט פון איבערגעשטרענגטקייט.


קיינער ווייסט נישט וואס פרויען גייען אריבער, מענער קענען נישט פארשטיין וואס פרויען גייען אריבער אין שטוב מיט די קינדער, זיי וועלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין, די צער און יסורים וואס פרויען האבן ביים מגדל זיין די קינדער. דערפאר האט דער רבי אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", פרויען ליידן זייער אסאך צער און יסורים פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי גייען אריבער אסאך ווייטאג ביים ווארטן, ביים געבוירן און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל, עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באוויסט פאר יעדן איינעם זייער ווייטאג, זייער צער און זייער יסורים.


אז דו ווילסט דיין ווייב זאל ווייניגער שרייען אויף זיי - איז דאס געוואנדן אין דיר; אז דו וועסט איר שטארקן, דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן צו איר, איר בארואיגן - וועט זי ווייניגער שרייען; זי שרייט ווייל זי איז איבערגעשטרענגט, זי איז פארלוירן, זי קען נישט אליינס טון אלע ארבעט.


מיין נישט אז איך בארעכטיג וואס זי טוט, מען טאר נישט שרייען אויף קינדער און זיכער נישט קיין מיאוס'ע ווערטער; אז מען שרייט אויף די קינדער די אלע מיאוס'ע ווערטער טוט דאס זיי צעקלאפן אויף זייער גאנץ לעבן השם ישמרינו, זיי וואקסן אויף אן קיין זיכערקייט אין זיך, זיי וואקסן אויף דערשראקן; בעט איך דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב, שטארק איר; וועט זי ווייניגער שרייען אויף די קינדער.


געב איר צו פארשטיין אז די קינדער זענען נישט שולדיג, ביי אלע קינדער פאסירט דאס. מיר זענען אויך געווען קינדער, ביי יעדן איינעם קען דאס פאסירן וכו'. געב איר צו פארשטיין אז שרייען וועט נישט העלפן; שרייען טוט גארנישט אויף, שרייען טוט נאר אויף איין זאך, מען געבט זיך אויס אויף נישט קיין גוטע וועג; פארקערט, עס איז דא א סברה אז אויב מען שרייט וועלן זיי נאכמער דורכפאלן אין דעם וכו', ווייל קינדער וואס זענען שוואך, זיי האבן ווייניג זעלבסט זיכערקייט - ביי זיי פאסירט דאס מער, זיי שפירן נישט ווען זיי דארפן ארויסגיין וכו'.


ווען דיין ווייב פארלירט זיך דעמאלט זאלסטו מיט שטיין מיט איר, דעמאלט איז נישט קיין צייט פאר הסברים; דעמאלט דארף מען איר ווייזן אז מען איז מיט איר, מען פארשטייט איר; דעמאלט וויל זי נישט הערן וואס זי זאל זיך פארבעסערן. דארפסט רעדן מיט איר אין א רואיגע צייט, אין א צייט ווען די קינדער שפילן זיך, אדער ווען זיי שלאפן, אדער ווען איר זענט אין א רואיגע צייט, דעמאלט זאלסטו אויסרומען די קינדער, ווי גוט זיי זענען און ווי וואויל זיי זענען, אז זיי זענען נישט שולדיג ווען זיי טוען דאס וכו', און אז עס וועט נישט העלפן די שרייען.


ווען דו רעדסט מיט איר זאלסטו רעדן מיט שכל, נישט איר באשולדיגן, נאר רעדן פון די עצם געדאנק אז שרייען העלפט נישט. אז דו וועסט איר באשולדיגן - וועסטו גארנישט אויפטון, זי וועט זיך באליידיגן אויף דיר, די מצב אין שטוב וועט נאר ווערן ערגער; רעד פון די געדאנק אז שרייען העלפט נישט.


זיי איר מחזק אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי אז זיי זאלן נישט טון די זאכן, זאג איר: "מיר גייען אינאיינעם בעטן יעדן טאג פאר די קינדער זיי זאלן שוין זיין וואויל, זיי זאלן פאלגן, זיי זאלן נישט דורכפאלן מיט די זאך וכו'"; מאך מיט איר א צייט ווען איר גייט אינאיינעם זאגן תהילים פאר די קינדער, ווייל נאר דורך תפילה קען מען זען א ישועה.


נאכאמאל, איך בעט דיר זייער זאלסט איר דן זיין לכף זכות, זי וויל נישט זיין שלעכט; אזוי איז ביי רוב פרויען וואס האבן א שטוב מיט קינדער, זיי פארלירן זיך, זיי שרייען אויף די קינדער, און אויב דער מאן האט אביסל שכל קען ער איר העלפן זי זאל נישט וויי טון די קינדער; אז ער בויט איר אויף, ער פארשטייט איר, ער רעדט צו איר שיינערהייט - טוישט זיך אלעס צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .