שאלה אין קורצן ענין
#77 - איך פאר קיין אומאן, וואס דארף איך דארט אינזין האבן?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי אי"ה פארן יעצט צום ערשטן מאל קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, וואס דארף איך אינזין האבן ווען איך גיי אהין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פארסט צום הייליגן רבי'נס ציון. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי (די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וֶועל אִיךְ זִיךְ לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיךְ אִים אַרוֹיס נֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".


גלייך ווען דו קומסט אן קיין אומאן, הדבר הראשון - זאלסטו גיין אין מקוה; אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן. ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט ער געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)". אויך האט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


גלייך נאכ'ן זיך טובל'ן אין מקוה לויף ארויף צום ציון און געב א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און הייב אן זאגן דעם 'תיקון הכללי' בתמימות ופשיטות אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין. וויין זיך אויס צום אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיינע אלטע מעשים, רעד צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש: "הייליגער באשעפער איך בין געקומען צו פארן דא צום ציון פון הייליגן רבי'ן, רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו וואס האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי וועט ער מתקן זיין; הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל, איך וויל נישט זינדיגן, איך האב חרטה אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, איך זאג דיר צו הייליגער באשעפער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר איך זאל קענען ארויסקריכן פון מיין בלאטע", אזוי זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט ביים ציון, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע מעשים בפרטי פרטיות וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן, דו וועסט אהיים קומען און אנהייבן א נייע בלאט אין דיין לעבן.


האב מיר אויך אינזין, בעט פאר מיר: "יואל בן ריצא רעכיל", איך זאל האבן הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#76 - ס'איז שובבי"ם, ווי אזוי קען איך זיך פאררעכטן?
אומאן, לימוד התורה, תשובה, שובבי"ם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין דורכגעגאנגען זייער א שווערער עבר, איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט גאר הארבע עבירות, אפילו אויף איסורי כריתות רחמנא ליצלן, און ב"ה אז מיט אסאך תפלות און אסאך הילף האב איך זוכה געווען ארויסצוקריכן פון די בלאטע, און ווערן א ריינער ערליכער איד.


אזוי ווי מ'האלט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, וויל איך וויסן אויב ס'איז דא א וועג פאר מיר מתקן צו זיין דעם שווארצן עבר, אינגאנצן אפצומעקן די אלע שלעכטע עבירות. איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן, אפילו צו פארן קיין אומאן זאגן תיקון הכללי, זאגן משניות, אדער סיי וואס, אויסער צו פאסטן וואס אויף דעם האב איך נישט קיין כח; אבער איך וויל וויסן אויף זיכער מיט א קלארקייט אז נאכדעם וואס איך האב געטון די אלע זאכן, האב איך מיט דעם שוין אלעס פארראכטן, און ס'איז נישט געבליבן מער קיין זכר פון מיינע שלעכטע מעשים פון אמאל.


יישר כח פאר אלעס, און ספעציעל פאר די אלע בריוו, וואס העלפן אזויפיל טויזנטער אידן איבער די וועלט, יעדער מיט זיינע שוועריקייטן.


לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע מעשים און זוכה געווען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א שמחה דו האסט גורם געווען אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; אליהו הנביא זאגט (תנא דבי אליהו רבא, פרק לא): "מֵעִיד אֲנִי עָלַי שָׁמַיִם וָאָרֶץ", די הימל און ערד זענען מיינע עדות, "שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה לָהֶן לְיִשְׂרָאֵל יוֹתֵר מִמַּה שֶׁמְּצַפֶּה הָאָב לִבְנוֹ וְהָאִשָּׁה לְבַעֲלָהּ שֶׁיַּעֲשׂוּ תְּשׁוּבָה", אז דער אייבערשטער ווארט אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צו אים אסאך מער ווי א טאטע ווארט צו זען זיינע קינדער און אסאך מער ווי א פרוי ווארט אויף איר מאן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי ווען א איד טוט תשובה, דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


דו שרייבסט אז דו ביסט גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אפצומעקן דיינע זינד, חוץ איין זאך האסטו נישט קיין כח - צו פאסטן; זאלסטו וויסן אז דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר - וואס העלפט אים פאסטן"; אז מען ווייסט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן דארף מען נישט טון קיין שווערע עבודות צו מתקן זיין די פגמים, נאר מען קען אלעס פאררעכטן מיט די זיסע עצה פון רעדן צום אייבערשטן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט אין זיינע יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן, וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, ער וואלט נאר עוסק געווען אין התבודדות; דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן. זאלסט אים אלעס דערציילן, אלעס וואס דו האסט אפגעטון און דיינע יונגע יארן, און אים בעטן ער זאל דאס אלעס אפמעקן - וועט אלעס ווערן אפגעמעקט.


אוודאי און אוודאי זאלסטו זיך אריבער כאפן צום רבינ'ס ציון אין אומאן; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן, וואו דו זאלסט זאגן דעם תיקון הכללי און זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין. דאס וועט אראפ נעמען פון דיר אלע פלעקן און דו וועסט באקומען א נייע נשמה, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (טעמי המצוות, פרשת ואתחנן, עמ' צב) אז מִשְׁנָה איז די אותיות נְשָׁמָה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא; דאס וועט אפמעקן פון דיר אלע דיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "אז איר נעמט אן צו לערנען די הייליגע תורה וועל איך נישט רעכענען אייערע עבירות, איך וועל קוקן אויף אייך כאילו איר האט קיינמאל נישט געזינדיגט פאר מיר".


אז דו וועסט דאס אלעס מקיים זיין קענסטו זיין זיכער מיט א קלארקייט אז דו האסט אלעס פארראכטן.

#75 - זאל איך מיטנעמען מיינע קינדער אויף אומאן, טראץ די נסיונות פון שמירת עינים אויפ'ן וועג?
אומאן, חינוך הילדים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען אויף אייערע הערליכע שיעורים וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין מיין לעבן, הקב"ה ישלם שכרכם בכפלי כפלים.


איך פאר שוין אסאך יארן אויף אומאן ראש השנה ב"ה, אבער איך האב קיינמאל נישט מיטגענומען קיין קינדער. איך הער אבער ביי די שיעורים אז ס'איז יא וויכטיג מיטצונעמען די קינדער אהין. מיין שאלה איז, אזוי ווי מיין שטוב ווערט געפירט אויף א פרומען אופן, הן בנוגע זיין אפגעשיידט פון אלע סארט מאדערנקייטן וואס כאפט זיך אריין, סמארטפאון און ווידיאס איז טרייף פסול ביי מיר און שטוב, און אויך אין די בית המדרש וואו איך דאווען, און אין די תלמוד תורה וואו איך שיק מיינע קינדער זענען רובם ככולם פון אזעלכע שטובער.


יעצט ווען איך נעם מיט מיין זון פון 11 יאר קיין אומאן, איז תיכף ביים אנקומען צום עירפארט וועט ער זען אז מער פון רוב פון די אידן וואס ווארטן ארויף צו גיין אויפ'ן פליגער האבן יא א סמארטפאון אין האנט, און בשעת'ן זיצן אויפ'ן פליגער וועט ער זען ווי אידן קוקן יא ווידיאס, און בכלל די הנהגה און די דיבורים אויפ'ן פליגער קען זיין מיט לייכטזיניגקייט פון אסאך מענטשן, איז ווי אזוי וועט ער אויפנעמען אזא זאך, אז יעצט בשעת'ן טון די גרעסטע זאך וואס איז שייך, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זעט ער גאר אז אזויפיל אידן וואס פארן אויך קיין אומאן, טוען אזעלכע סארט זאכן וואס ער זעט נישט זיין גאנצע לעבן?


איך פארשטיי אז די אידן דארף מען דן זיין לכף זכות, און דער רבי איז א דאקטער וואס היילט אויס סיי מיך און סיי זיי, אבער א קינד וואס דארף בכלל חיזוק אוועקצושטיין פון די שרעקליכע נסיונות הדור, קען פון דעם קומען צו א מסקנא אז מ'קען זיין אן ערליכער איד צוזאמען מיט די אלע טריפה'נע זאכן.


יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעשיידט פון שלעכטס; אז מען איז מחנך די קינדער מיט ליבשאפט וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ וִינִיחֶךָ, וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", אז מען איז מחנך קינדער אויפן גוטן וועג וועלן זיי נאר ברענגען נחת.


דער עיקר זאלסטו זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי אים בעטן; קינדער האבן אין זיך א ריינקייט אין זיך, ביי זיי איז די אמונה קלאר און לויטער, דערפאר זאלסטו זיי מחנך זיין זיי זאלן לעבן מיט אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון תפילה ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים, וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע אידן.


אודאי זאלסטו ברענגען דיינע קינדער קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז באוויסט די מעשה אז ווען רבי יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער רבי יודל האט געטראכט אז עס איז וועט זיין זייער שווער פארן קינד די שווערע וועג וכו', אויך האט אים געפעלט געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען צום רבי'ן אליינס אן זיין זון; ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן שלום געבן האט דער רבי זיך אנגערופן: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר - גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; עס האט געבאדערט פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין זון ווייל דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש; מיר פארן ראש השנה מיט אלע קינדער פון פאר זיי ווערן זיבן יאר. מיר קוקן נישט אויף גארנישט און מיר ברעכן אלע מניעות, יעדער איינער האט זיך זיינע נסיונות און אין יעדע תקופה קומען אפיר אנדערע נסיונות, אמאל איז געווען די נסיון אז עס איז נישט דא קיין עסן געהעריג, אדער די בעט איז נישט געהעריג, האבן מיר דאס צעבראכן און געקומען אפילו אן עסן און אן שלאפן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; און אזוי קומען כסדר אן פרישע נסיונות, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן און קומען צו אים אויף ראש השנה.


אז דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו זיי מיט נעמען מיט דיר און זיי מחנך זיין אונטער וועגנס זיי זאלן האבן שמירת עיניים, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין נסיעה קיין אומאן?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די חיזוק יומי, ס'איז מחיה נפשות.


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך דארף באקומען בקרוב א סומע געלט, און איך האב דאס באשטימט צו פארן דערמיט אויף א נסיעה קיין אומאן, איך האב שוין זוכה געווען צו זיין דריי מאל אין אומאן, און צוויי מאל אויך ביי אנדערע קברי צדיקים, אין שטאט ברסלב, בארדיטשוב, מעזעביזש, און נאך.


מיין שאלה איז ווי אזוי איך זאל דאס מאל אויסשטעלן מיין נסיעה קיין אומאן, זאל איך זוכן דוקא א נסיעה וואס בלייבט אויך אויף שבת אין אומאן? און אפשר לוינט זיך צו ווארן אויף א נסיעה וואס וועט זיין שפעטער וואס נעמט אריין אויך צו פארן צו נאך קברי צדיקים, נישט נאר צום רבינ'ס ציון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס עס איז דער זכות צו זיין ביים רבינ'ס ציון.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "הגם דער עונש פון גלגול איז זייער א גרויסער עונש, עד כדי כך אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמו) א מענטש זאל זיך עקשנ'ען אויבן אין הימל ביים בית דין של מעלה און זאגן: 'עקט מיט מיר דא, איך וויל נישט דעם עונש פון גלגול', מיט דעם אלעם, אויב מען וועט מיר געבן די מעגליכקייט נאכאמאל צו קומען צום רבינ'ס ציון וועל איך ענדערש אראפ קומען נאכאמאל אויף דער וועלט, אבי צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון (עיין אשר בנחל, סימן תרעה)".


אז איר האט די מעגליכקייט צו זיין אין אומאן אויף א שבת איז דאס זייער א גרויסע זאך; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", אז מען קומט צו מיר אויף שבת איז דאס גרעסער און בעסער פון פאסטן זיבן מאל משבת לשבת; דאס גייט אויך אן היינטיגע צייטן - סיי ווען מען איז אין אומאן אויף שבת און סיי ווען מען קומט זיך צוזאם מיט אנשי שלומינו און מען איז זיך מחזק און מחי' מיט די ווערטער און עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - זאל איך פארן קיין אומאן אום שנה ראשונה?
אומאן, שלום בית, שנה ראשונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שנה ראשונה אינגערמאן, און איך וויל וויסן וואס צו טון וועגן פארן קיין אומאן. מיין ווייב זאגט מיר איך זאל יא פארן, אבער איך מיין אז זי וועט זיין מער פרייליך אויב וועל איך נישט פארן, נאר בלייבן מיט איר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר און דו האסט זוכה געווען צו האבן אן עזר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן.


דיין ווייב האט אמונת חכמים אינעם הייליגן רבי'ן און זי וויל דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן וואס ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן ראש השנה פאר א מתנה און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


אודאי זאלסטו פארן קיין אומאן, אפילו שנה ראשונה; וואס איז בכלל דיין פראגע?!


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן און זאגן דעם תיקון הכללי און באקומען אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט.

#72 - פארוואס זאל מען נישט ארויסגעבן די בילדער פון די ערליכע אידן אין אומאן, נישט פון די משוגעים?
אומאן, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר וואלט געווען כדאי אז מ'זאל ארויסגעבן קליפס פון אומאן ווי אזוי ערליכע אידן פירן זיך דארט אויף, ווי זיי דאווענען און לערנען און בעטן זיך אויס א גוט יאר ביים ציון הקדוש, אז דאס זאל איבערוועגן די אלע מאדנע בילדער און קליפס וואס גייען ארום איבער די וואס טאנצן און פארפירן אין אומאן, דאס קען ברענגען א גרויסע קידוש ה'.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, עס איז נישט שייך צו מאכן קיין בילדער אום יום טוב, און אפילו פון ערב יום טוב איז נישט שייך צו כאפן בילדער פון אלע טויזנטער אידן וואס זיצן ביי זיך אין שטוב און זענען עוסק אין לערענען און דאווענען. און אפילו עס וועט זיין בילדער וועלן דאס די צייטונגען נישט פאבליצירן, ווייל דאס איז זיי נישט אינטערעסאנט, זיי זוכן אינטערעסאנטע בילדער וכו'.


צווייטנס, דארפסטו וויסן מיט וועם דו קריגסט זיך; דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זיך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון מעשה ז', מזבוב ועכביש): "וואס פאר אן עצה האבן זיי זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס איז דער עצה; דער ס"מ מאכט זיכער מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן דורכדעם וואס ער מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן. ווען ער זעט אז דער רבי איז מתקן אלעמען, דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע, אזוי ווי דער מציאות איז, אז ווען מען קומט קיין אומאן צינד זיך אן אינעם מענטש א אינערליכע פייער, דער מענטש הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, וואס טוט דער ס"מ? ער לאכט אפ פון דעם און מאכט א געשפעט, ער פארשפרייט בילדער פון אינטערעסאנטע מענטשן וכו' אזוי האלט ער צוריק מענטשן פון קומען קיין אומאן.


אבער עס וועט אים שוין גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט): "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ, גָּמַרְתִּי וְאֶגְמוֹר", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, איך האב גענדיגט און איך וועל ענדיגן; מען זעט ממש ווי דער רבי נעמט איין דער וועלט און אט אט קומט שוין משיח צו גיין. דער רבי האט געזאגט: "משיח וועט איינעמען דער וועלט אן קיין איין שאס פולווער", ער וועט איינעמען די וועלט מיט תפילה; ער וועט אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט אז מען זאל נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, נאר יעדער זאל נאר זיין פארנומען מיט תפילה והתבודדות.


ביים סוף וועלן אלע קומען קיין אומאן; ווער עס קען אביסל רעכענען זעט לויט די נומערן וויפיל מענטשן קומען היינט קיין אומאן, אז ביז אפאר יאר וועלן זיין הונדערטער טויזנטער מענטשן ביים רבי'ן ראש השנה. ווי לאנג פארט מען שוין קיין אומאן? אינגאנצן פון שנת תשנ"א עטליכע צוואנציג יאר צוריק, וואס דעמאלט זענען געפארן מערסטענס צוויי טויזנט מענטש, און היינט צו טאגס האלט מען שוין קרוב צו הונדערט טויזנט מענטשן, היי יאר זענען געווען איבער פינף און זיבעציג טויזנט מענטשן.


דער ס"מ שפרינגט און שיסט אויס זיינע לעצטע קוילן; ער זוכט ווי אזוי ער קען מאכן אז מענטש זאלן האבן א שלעכטע בליק אויף "אומאן", ער פראבירט מיט זיינע לעצטע כוחות צו רעדן שלעכטס אויף אומאן, אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, עס איז א פארלוירענע קריג פאר אים. אלע ווייסן וואס אומאן איז און אלע ווייסן פארוואס הונדערטער טויזנטער מענטשן שלעפן זיך קיין אומאן; באקוועמליכקייטן איז נישט דא אין אומאן, איין זאך איז דא אין אומאן: א רבי וואס האט מבטיח געווען אז ער וועט אלעמען פאררעכטן. מענטשן וואס האבן אין זייער לעבן נישט געהאט קיין הרהור תשובה, ווען זיי קומען צום ציון הייבן זיי אן צו וויינען ווי א קליין קינד, זיי ווייסן נישט וואס האט פאסירט מיט זיי.


אלע חסידות'ן זענען היינט צו טאגס מקנא ברסלב'ע חסידים און אלע ווייסן היינט ווער די "טויטע חסידים" זענען; אמאל פלעגט מען טשעפען ברסלב'ע חסידים און זיינע אנרופן מיטן שפעט נאמען: "טויטע חסידים", ווייל מיר פארן צו א ציון פון א רבי, אבער היינט האט זיך דער שפריך ווארט איבערגעדרייט, ברסלב'ע חסידים זענען "לעבעדיגע חסידים", און אנדערע חסידים וואס גייען צו זייער רבי און באקומען גארנישט די זענען "טויטע חסידים"; דער רבי האט שוין געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק ווי אזוי חסידים שפירן זיך ווען זיי גייען צו זייער רבי און ווי זיי שפירן זיך ווען זיי קומען אהיים פון זייער רבי (עיין חיי מוהר"ן, סימן שלה).


דעריבער דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר פאלגן זיינע רייד בתמימות ובפשיטות, מיר פארן קיין אומאן צום צדיק אויף ראש השנה אפילו עס קומט אונז אן ביטער שווער און מיר פרייען זיך א גאנץ יאר אז מיר זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#71 - מ'זעט דאך יא אין רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה?
אומאן, שידוכים, חסידות ברסלב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון ארץ ישראל, איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, דאס געבט מיר א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהערט ביי די שיעורים אז ס'איז נישטא קיין מקור אינעם רבינ'ס ספרים אז מ'זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף א צרה, איך האב יא געטראפן אין ליקוטי הלכות (הלכות פריקה וטעינה ד אות יד) וואס רבי נתן שרייבט דארט בזה הלשון: "כִּי בֶּאֱמֶת אִם הָיוּ הַכֹּל שׁוֹמְעִים לְקוֹל הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ זֶה לְהַאֲמִין תָּמִיד בַּה' יִתְבָּרַךְ שֶׁהַכֹּל לְטוֹבָה וְלִתֵּן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה תָּמִיד לַה' יִתְבָּרַךְ בֵּין בְּטוּבוֹ בֵּין בְּעָקוֹ כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, בַּה' אֲהַלֵּל דָּבָר בֵּאלֹקִים אֲהַלֵּל דָּבָר, בְּוַדַּאי הָיוּ מִתְבַּטְּלִים כָּל הַצָּרוֹת וְכָל הַגָּלֻיּוֹת לְגַמְרֵי וּכְבָר הָיְתָה גְּאֻלָּה שְׁלֵמָה.", אויך ווערט געברענגט אין די גמרא (תענית ח'.) "כל השמח ביסורין שבאים עליו, מביא ישועה לעולם", וואס קען מען זאגן אויף דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי האט געהייסן אז מ'מוז קומען צו אים אויף ראש השנה, און די זעלבע איז ביי פרויען אז זיי קענען שיקן זייערע מענער אויף אומאן, וואס זאל אבער טון א מיידל וואס האט נאכנישט וועמען צו שיקן קיין אומאן, ווי אזוי קען זי אויספירן דעם רבינ'ס רצון אין דעם ענין?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז איבעריג צו שרייבן איבער דעם לעצטיגן קאפ פארדרייעניש, וואס מענטשן זאגן נאך בשם דעם רבי'ן אז ווען מען האט א צרה זאל מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די צרה און דאס איז דער וועג ארויס צו גיין פון די צרה; דאס איז אנטקעגן די תורה, און בכלל איז נישט דא וואס צו שרייבן אויף דעם.


קוקטס אריין אין רמב"ם (פרק א' מהלכות תעניות, הלכה א) וואו עס איז מבואר אז עס איז א מצות עשה אין די תורה צו שרייען און וויינען צום אייבערשטן ווען מען האט לא עלינו א צרה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס; ווען א מענטש האט א חולה אין שטוב דארף ער וויינען און שרייען צום הייליגן באשעפער; אז א מענטש האט נישט קיין קינדער דארף ער טון וואס יצחק אבינו האט געטון (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", און וואס חנה - שמואל הנביא'ס מאמע - האט געטון (שמואל-א א, י; יב): "וַתִּתְפַּלֵּל עַל ה' וּבָכֹה תִבְכֶּה וגו', וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה' וגו'".


אז א מענטש האט נישט קיין שלום בית דארף ער וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים ליכטיג מאכן אין שטוב, ווער עס זאגט אנדערש איז א חסר דעה. ווער עס פארקויפט פאר מענטשן מען זאל דאנקען א שעה אויף א צרה, צום ביישפיל אויב איינער האט נישט קיין קינדער זאל ער זאגן במשך א שעה יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז איך האב נישט קיין קינדער", אזא איינער מאכט חוזק פונעם אייבערשטן, חוזק פון די תורה און חוזק פון די הייליגע חכמים.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען עס קומט אויף אים שלעכטס אזוי ווי ער דאנקט אויף גוטס, און א מענטש דארף גלייבן אז אלעס וואס פאסירט מיט אים - סיי גוטס און סיי שלעכטס  - אלעס קומט פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דער אב הרחמן וואס וויל נאר טון גוטס מיטן מענטש, און אז עס האט פאסירט א צרה איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיטן אנדערן שותף מיטנעמענדיג אלע סחורה און דער מענטש מיטן צעבראכענעם פיס איז אונטער געבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן אנטקעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


דער רבי איז מסביר ווי אזוי עס ארבעט ידיעה און בחירה וכו'; פון איין זייט דארף מען דאך וויסן: "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ", אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פאר זיין טובה וועגן, און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה וכו', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז פאר זיין טובה - דאס איז עולם הבא; אבער פון די צווייטע זייט דארף מען וויסן אז דער מענטש האט א בחירה, ער קען בעטן פונעם אייבערשטן וואס ער וויל, אויף יעדן פרט ופרט; ווי אזוי ארבעטן אבער די צוויי זאכן צוזאמען? איז דער רבי מסביר אז ווען א מענטש איז מקדש די שבעה נרות, ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינע מח ביז עס איז אים שוין נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ער ווייסט אז מען דארף בוחר זיין אין ידיעה צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא).


תפילה איז נישט קיין סתירה צו אמונה; אפילו ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען נאך אלץ ווייטער גלייבן אז אלעס איז לטובה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא זאגט (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דער מענטש לעבט שוין יעצט אין 'גן עדן', אזוי ווי די גמרא פארציילט די מעשה (שם) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט און קיינער האט אים נישט געוואלט אריין נעמען געבן אן אכסניא, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר ער האט געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, און ער איז געגאנגען איבער נעכטיגן אין וואלד; ער האט געהאט מיט זיך אן אייזל, א הינדל מיט א ליכט, פלוצלינג איז געקומען א ווינט און פארלאשן די ליכט, מיט דעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, עס גייט אריבער אפאר מינוט און עס קומט א לייב און פארציקט דעם אייזל, מיט דעם אלעם האט זיך דער הייליגער תנא רבי עקיבא נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, נאכדעם איז געקומען א קאץ און האט פארציקט דאס הינדל, מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט פארלוירן, נאר געזאגט: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, שפעטער הערט ער א געשריי און זעט ווי רויבערס קומען צו גיין אריין אינעם שטאט וואו קיינער האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, און הרג'ענען אויס די גאנצע שטאט, האט ער געזען די חסדים פונעם אייבערשטן קלאר מיט זיינע אויגן; ער האט שוין פארשטאנען פארוואס קיינער פון שטאט האט אים נישט אריין גענומען, און פארוואס דער אייזל און דער הינדל מיט די ליכט זענען אוועק גענומען געווארן פון אים, אלעס כדי אים צו היטן פון די רויבערס.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש וואס געפונט זיך אין א צרה זאל נישט בעטן ארויס צו גיין פון די צרה; אדרבה, ווען א מענטש גייט אריבער צרות ויסורים איז די איינציגסטע עצה ארויס צו גיין דערפון - דורך בעטן דעם אייבערשטן, אבער אסאך מאל איז דער מענטש אזוי צעבראכן פון דאס וואס גייט אריבער אויף אים אז ער האט נישט קיין ווערטער וואס צו בעטן פון גרויס עצבות ומרירות וכו', איז די עצה אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. עס איז כדאי דורך צו לערנען אין ליקוטי הלכות (ליקוטי הלכות יורה דעה, כלאי בהמה הלכה ד', אות ד, ה, ו) וואו ר' נתן רעדט ארום פון דעם באריכות, אז ווען א מענטש זעט ווי ווייט ער איז פונעם אייבערשטן און ווי שווער עס גייט אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', זאל ער זוכן עפעס גוטס וואס צו דאנקען דערויף דעם אייבערשטן, אזוי וועט ער זיך נאכדעם קענען גוט אויסגיסן זיין הארץ און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים העלפן.


בנוגע אומאן וכו'; עס איז נישט שייך פאר מיידלעך צו קומען קיין אומאן אום ראש השנה; וואו מען געפונט זיך איז מען זיך פון דארט מקשר צום הייליגן רבי'ן. יעדער איד וואס גלייבט אינעם רבי'ן איז צוגעבינדן צום רבי'ן און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו שיקן אייער מאן און קינדער קיין אומאן יעדע יאר ראש השנה.


 

#70 - נאכ'ן זיין אין אומאן צום ערשטן מאל, וואס טו איך מיט מיינע פילע ספיקות?
אומאן, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע חיזוק וואס געבט מיר חיזוק און כח דוכצוגיין אלע מיינע שוועריקייטן אין לעבן.


איך האב זוכה געווען די וואך צו זיין אין אומאן צום ערשטן מאל אין לעבן, איך האב געשפירט דארט א געוואלדיגע התעוררות, אבער נאכדעם וואס איך בין ארויס פון ציון האב איך אנגעהויבן באקומען ספיקות; אפשר איז דער ציון בכלל נישט דארט, ווייסט מען דען זיכער אז דער ציון איז דארט? אפשר האב איך געמאכט טעותים ביים זאגן די תיקון הכללי? אפשר האב איך נישט געגעבן ריכטיג די צדקה?


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן אז מ'טאר נישט האבן קיין ספיקות, ספק איז בגימטריא עמלק, אבער מיט דעם אלעם שפיר איך אז ווייל ס'איז אזא מורא'דיגע זאך צו זיין ביים ציון, וויל איך זיין אינגאנצן רואיג אז איך האב עס טאקע געטון בשלימות, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


א גרויסן יישר כח, משה


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן; די אלע קאפ דרייענישן: 'ווער זאגט אז דער רבי ליגט דארט?' 'ווער זאגט אז איך האב ארויסגעזאגט די ווערטער פון די צען קאפיטלעך?' 'ווער זאגט אז איך האב געגעבן א פרוטה?' דאס אלעס נעמט נישט קיין סוף און איז בלויז מעשה יצר הרע.


לאך דיך אויס פון די מחשבות וואס מאטערן דיך, טאנץ פאר שמחה אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן וואס האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָּבְהוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו", אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית".


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי ישראל קארדונער זכר צדיק לברכה, ער פלעגט ברענגען מענטשן קיין אומאן, אנקומענדיג דארט פלעגט ער זיי זאגן: "ביז אהער האב איך זיך געפארט מיט ענק, פון דא און ווייטער וועט דער רבי זיך באשעפטיגן מיט ענק"; דעריבער אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין מיט נארישקייטן וכו'? טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן ביים רבינ'ס ציון, דו האסט זוכה געווען צו פאלגן דעם רבי'ן, יעצט וועט דיך דער רבי פאררעכטן.


רבי נתן האט געזאגט: הגם דער עונש פון גלגול איז זייער א גרויסער עונש, עד כדי כך אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמו) אז מען זאל זיך עקשנ'ען אויבן אין הימל ביים בית דין של מעלה און זאגן: "עקט מיט מיר דא, איך וויל נישט דעם עונש פון גלגול", מיט דעם אלעם, אויב מען וועט מיר געבן די מעגליכקייט נאכאמאל צו קומען צום רבינ'ס ציון וועל איך ענדערש אראפ קומען נאכאמאל אויף דער וועלט, אבי צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון (עיין אשר בנחל, סימן תרעה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#69 - שלעכטע זאכן פון אלס בחור, לויפן מיר נאך אלס אינגערמאן
אומאן, קדושה, רפואה, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, עצות און הדרכה וואס איך באקום פון אייך ווי אזוי אנצוגיין מיט מיין טאג טעגליכן לעבן.


איך האב חתונה געהאט מיט עטליכע יאר צוריק, איך האב שוין ב"ה דריי זיסע קינדערלעך, די שלום בית איז אויך ב"ה פיין. מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך בין אלט געווען זעכצן יאר האט זיך אין מיר אנגעטשעפעט אן עלטערער בחור און געטון מיט מיר כל דבר אסור, און זייט דעמאלט קען איך נישט אויפהערן טראכטן פון שמוציגע און שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן.


איך האב געמיינט אז נאך די חתונה וועט זיך עס אויפהערן, למעשה איז אבער נישט געווען אזוי. דאס מאכט מיין לעבן זייער דעפרעסט, און איך קען נישט אזוי אנגיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצה און הדרכה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די שלעכטע זאכן, און האבן א רואיגע שיינע לעבן מיט מיין ווייב און קינדער.


א גרויסן יישר כח, יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יצחק נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, דאס איז די איינציגסטע רפואה ווי אזוי מען קען זיך אויסהיילן פון אלע עבירות.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א שלעכטע קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה און זי איז אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטענס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיך הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו דער יצר הרע האט אים אראפ געווארפן אין די ארגסטע בלאטע, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט מען דעם רבי'ן און מען נעמט זיינע עצות איז מען זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון התבודדות; אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים. דעריבער אז דו ביסט אריבער א שווערע יוגנט, דו ביסט אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות וואס מען געבט אויף אזא עבירה סקילה רחמנא לצלן, האסט פוגם געווען בברית מיט די הרבע עבירה פון משכב זכר רחמנא לצלן און דאס לויפט דיר נאך ביז יעצט, איז נישט דא פאר דיר קיין אנדערע עצה, נאר אז דו זאלסט אננעמען דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות.


פאלג דעם רבי'ן און זיי זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן, זיי זיך מתודה פאר אים און פארצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון וכו'; בעט אים: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיר און איך לויב דיר אז איך האב חתונה געהאט און איך האב זוכה געווען צו א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון מיינע שלעכטע מחשבות וואס לויפן מיר נאך פון מיינע אלטע שלעכטע מעשים. איך האב אזוי פיל געזינדיגט; איך בין אזוי אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן און עס איז שוין געווארן א רגילות ביי מיר צו זינדיגן, אז איך קען פשוט נישט אפלאזן די שלעכטס, עס לויפט מיר נאך, איך קען נישט פטור ווערן פון דעם.


הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט פון דעם. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויף מיינע שלעכטע מחשבות. "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים" - באשאף מיר א נייע ריינע, "ורוח נכון חדש בקרבי", געב מיר א הייליגע ווילן, א הייליגע גייסט אז איך זאל נישט וועלן טון שלעכטע זאכן, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין ווייב און איך זאל נישט טראכטן פון שלעכטע זאכן".


זאלסט זאגן די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג – און לייג צו דיינע אייגענע תפילות. יעדעס מאל דיין מח לויפט צוריק צו דיינע אלטע מעשים זאלסטו עפענען דיין מויל און שרייען צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דעם.


מען דארף שרייען "געוואלד!" אויף וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט; עס דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס כאפן יונגע בחורים און ריינע קינדער און טוען מיט זיי עבירות רחמנא לצלן, וואס דאס הרג'עט זיי פארן גאנצן לעבן; עס ליגט א חוב אויף אלע וואס טוען מיט קינדער און בחורים צו רעדן אפען צו זייערע תלמידים זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו היטן פון שלעכטע מענטשן. מען דארף אויס לערנען קינדער: "אויב איינער וויל דיר אנרירן וכו' זאלסטו שרייען וכו', אדער דערציילן פאר די עלטערן". און אז מען כאפט א מניוול דארף מען אים מסרס זיין און איינשפארן אין תפיסה פאר זיין גאנץ לעבן ער זאל נישט אוועק הרג'נען ריינע קינדער און אומשולדיגע בחורים.


נאך אן עצה האט דער רבי פאר אונז אז מיר זאלן קענען ארויס גיין פון די שלעכטע מעשים, דאס איז "זאגן משניות"; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּך, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא דויסע, פרשה א) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְמשֶׁה: אֱמוֹר לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל, "דִּבְרֵי תּוֹרָה שֶׁנָּתַתִּי לָכֶם רְפוּאָה הֵם לָכֶם, חַיִּים הֵם לָכֶם", שֶּׁנֶּאֱמַר: כִּי חַיִּים הֵם לְמוֹצָאֵיהֶם, וְאוֹמֵר: רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע מחלות וחלאים רעים.


מאך זיך א שיעור צו זאגן יעדן טאג פרקים משניות און דו זאלסט ארויס זאגן די ווערטער מיט דיין מויל; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, חלק ב, סימן יא): "הַמּוֹצִיא דִּבְרֵי תוֹרָה בְּפִיו, נִצּוֹל מִדִּין סְקִילָה", ווען מען לערנט תורה און מען זאגט ארויס די ווערטער מיט די מויל ווערט מען ניצול פון סקילה; דאס וועט זיין א תיקון אויף די עבירה וואס דו האסט עובר געווען. קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט ארויס גיין פון דיינע שלעכטע רגילות'ער.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים: "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו, וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; פאר צום רבינ'ס ציון וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט תשובה טון אויף אלע דיינע שלעכטע מעשים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#68 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין ווייב זי זאל מיר לאזן פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה בשום אופן, איך האב איר שוין אלעס מסביר געווען און גארנישט העלפן, אפשר האט איר אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך קען איר איבערצייגן זי זאל מיר לאזן פארן?


יישר כח, יושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ווילסט באמת פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס נאר אין דיר, עס האט גארנישט צו טון מיט דיין ווייב; אז דו וועסט זיך אויפפירן א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דו וועסט זיין אין שטוב א גאנץ יאר און ארויסהעלפן דיין ווייב זיך צו פארען מיט די קינדער, די וועסט רעדן שיין צו איר אזוי ווי אן ערליכער איד רעדט צו זיין ווייב, דאן וועט זי דיר נישט שטערן פון פארן צום רבי'ן, אדרבה זי וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט פארן קיין אומאן זיך אויסבעטן א גוט יאר.


די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש" - דאס זעלבע זאגט מוהרא"ש: - "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז דיין ווייב וועט זען אויף דיר א גאנץ יאר אז דו פירסט זיך אויף ווי א ברסלב'ער חסיד, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און דו לעבסט מיטן אייבערשטן, דאן וועט זי דיר נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן".


א ווייב קען מען נישט אפנארן, די ווייב איז די איינציגסטער מענטש וואס קען גאר גוט איר מאן; עס קומט נישט אריין דא: 'מסביר זיין וואס אומאן איז וכו'', דיינע מעשים פון א גאנץ יאר איז מער ווי טויזנט דרשות און הסברים וואס אומאן איז.


ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד); מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר קדושת הברית - מען זאל האבן א ריינעם מח; אויב האט מען שלום בית, מען לעבט מיט ליבשאפט וכו' דעמאלט האט דער מענטש ריינע מחשבות און ער קען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב, איז מען נישט אפגעהיטן, דאן קען מען נישט זיין קיין ערליכער איד.


תלמידי היכל הקודש וואס פאלגן דעם רבי'ן, ביי זיי קומט די ווייב פאר חברים, די ווייב פארמאגט א חשיבות אין זייערע אויגן, דערפאר האבן זיי נישט קיין אפהאלט פון זייערע ווייבער צו פארן קיין אומאן, אדרבה זיי האבן חיזוק פון שטוב צו פארן צום רבי'ן; אפילו די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיי, מען מאכט חוזק און מען רודפ'ט וכו', וועט די ווייב שטיין מיט איר מאן און אים מחזק זיין.


אויב מען פאלגט נישט דעם רבי'ן א גאנץ יאר וועט די ווייב נישט לאזן פארן קיין אומאן, ווייל כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, אבער נישט ווייל אומאן באדערט איר. עס באדערט איר דעם מאן'ס התנהגות פון א גאנץ יאר, ממילא יעצט ווען עס קומט צו די נושא פון פארן קיין אומאן שפירט זי אז מען וועט איר פארשטיין, 'היתכן, מען פארט אוועק פון שטוב יום טוב וכו'?' דא שפירט זי אז יעדער וועט איר פארשטיין, אירע חבר'טעס, משפחה וכו', ווייל ליידער בעוונותינו הרבים איז דער הייליגער רבי זייער פארשעמט.


מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, יעדער איינער פארט צו זיין רבי אויף ראש השנה, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט נישט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן דריידט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן!"


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן א גאנץ יאר זאג איך דיר צו אז נישט נאר זי וועט דיר נישט מעכב זיין פון פארן, נאר זי וועט דיר גאר מחזק זיין דו זאלסט פארן צום רבי'ן, זי וועט דיר קויפן א טיקעט און דיר מחזק זיין דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#67 - קען מען זינדיגן און זיך פארלאזן אויף אומאן? אויב קען מען תשובה טון, וועט דאך יעדער זינדיגן?
אומאן, ראש השנה, תשובה, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון אייך איבער די גרויסקייט פון פארן ראש השנה קיין אומאן, און וויפיל מוהרא"ש זי"ע האט אויך גערעדט פון דעם, איך פארשטיי אבער נישט עטליכע זאכן איבער דעם.


א. האט מוהרא"ש טאקע געמיינט צו זאגן אז א מענטש קען זינדיגן, און ווייל ער פארט קיין אומאן וועט ער נישט געשטראפט ווערן אויף דעם?


ב. איז דען דא א מענטש - סיי ווער ס'זאל נאר זיין - וואס קען צוזאגן א גוטע יאר אדער אנדערע גוטע זאכן?


ג. זענען דען נישטא קיין מענטשן וואס זענען געווען ראש השנה אין אומאן, און זיי האבן יא געהאט צרות יענע יאר?


ד. אויך זאגט איר אסאך אז ס'איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל נישט קענען תשובה טון, ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם וואס חז"ל זאגן "כל האומר אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה", אז איינער וואס זינדיגט און זאגט אז ער וועט שוין נאכדעם תשובה טון, קען ער נישט תשובה טון, זעט מען דאך אז ס'העלפט נישט קיין תשובה פאר אזא מענטש?


ה. ווען מ'זאגט אז יעדער קען תשובה טון, קען דאס דאך מאכן אז מענטשן - און ספעציעל בחורים - זאלן מיינען אז זיי קענען זינדיגן און זיי וועלן שוין שפעטער תשובה טון, אפשר טאקע וועגן דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז אויף אזא פאל העלפט נישט קיין תשובה?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.


א - וואס האט פארן קיין אומאן מיט גיין זינדיגן?! די מענטשן וואס קומען ראש השנה קיין אומאן פארן אהין זוכן א וועג ווי אזוי צו מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתיות".


עס זעט מיר אויס פון דיין שאלה אז דו ווייסט נישט וואס אומאן איז. ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן ראש השנה, דער קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; דער ציון ווירבלט ווי א בינען נעסט, פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן.


די אנלויף ביים ציון הייבט זיך אן ערב ראש השנה, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין ערב ראש השנה, ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר. די געדרענג ביים ציון איז ממשיך ביתר שאת וביתר עוז במשך ראש השנה, רונדע דעם זייגער שטייען אידן און וויינען זיך אויס ביים ציון, מען זאגט די תיקון הכללי מיטן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן; דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר מיט אזא ברייטע שפראך כאילו מען פארט אויף אומאן פאר א צווייטע סיבה.


ב - דיין צווייטע שאלה איז שוין אביסל איבערגעטריבן, עס הערט זיך ווי דו האסט נישט באקומען קיין חינוך אויף אמונת צדיקים און עס איז אביסל חוצפה'דיג; אוודאי איז דא אזא זאך אז מען זאל צוזאגן פאר א מענטש א גוט יאר, די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן טז:) אויפן פסוק (שמואל-ב כג, ג): "אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, מוֹשֵׁל בָּאָדָם, צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקִים", מַאי קָאָמַר? אָמַר רַבִּי אַבָּהוּ, הָכִי קָאָמַר: אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל: לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, אֲנִי מוֹשֵׁל בָּאָדָם, מִי מוֹשֵׁל בִּי - צַדִּיק, שֶׁאֲנִי גוֹזֵר גְּזֵרָה וּמְבַטְּלָהּ", דער אייבערשטער מאכט גזירות און דער צדיק איז עס מבטל; א צדיק האט א כח אראפצונעמען גזירות פון מענטשן, און בענטשן אלעמען מיט אלעס גוטס.


ג - אויף דיין דריטע שאלה וויל איך דיר ענטפערן מיט א פראגע: "וואס טוסטו ווען דו שפירסט זיך נישט גוט? דו גייסט צום דאקטער; פארוואס גייסטו צום דאקטער? מען זעט דאך אמאל אז דער דאקטער היילט נישט אויס?!" אזוי אויך ווען עס ווארט פאר איינעם א שווערע משפט, "פארוואס זאל ער נעמען פאר גרויס געלט אן אדוואקאט וואס זאל אים פארטיידיגן, מען זעט דאך אסאך מאל אז אפילו מיט א לויער קומט מען אן אין תפיסה?" דאס איז ביי א דאקטער און א לויער וואס קענען טאקע נישט העלפן, דאך פראבירט א מענטש צו טון אלעס אויף דער וועלט זיך צו קענען ראטעווען, כל שכן ווען עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער וואס וועט אים פארטיידיגן און העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע טראגעדיעס וואס מען הערט במשך דעם יאר השם ישמרינו - ווערט אנגעשריבן ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן - מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן נעבעך אן עלטערן ה' ירחם; אלע שפיטעלער זענען לא עלינו פול מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, אז עס איז פארהאן א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן און ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן – נו וואס איז בכלל די פראגע? מען הייבט זיך אויף און מען פארט צום רבי'ן.


ד - עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכענט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט; אויף אלעמען קען מען תשובה טון, איי דאס וואס חז"ל זאגן (יומא פה:): "הָאוֹמֵר, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֵין מַסְפִּיקִין בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה"? דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט תשובה טון, נאר "אֵין מַסְפִּיקִין" איז טייטש אז עס וועט אים זיין שווערער תשובה צו טון, ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט צו זינדיגן און עס זעט אים אויס ווי א היתר, ער מיינט עס איז א שפיל; אבער אז א מענטש איז מחליט: 'עד כאן! פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, איך לאז אפ אלע מיינע שלעכטע מעשים', ווערט זיכער אנגענומען זיין תשובה.


ה - ווען מען ווייזט פארן מענטש דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז, ווי דער אייבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן תשובה טון און זיך צוריק קערן צו אים, דאס מאכט מען זאל אנהייבן פונדאסניי און דאס געבט א חשק פארן מענטש זיך צו שטארקן אויף זיינע נסיונות. דער סיבה פארוואס מענטשן פאלן אראפ אין עבירות איז נישט ווייל זיי טראכטן: 'מיר וועלן שוין תשובה טון', נאר ווייל זיי טראכטן: 'מיר זענען שוין סיי ווי פארפאלן, מיר גייען שוין סיי ווי אין גיהנום' - דאס איז דער סיבה פארוואס מען טוט עבירות. הלוואי זאלן מענטשן געדענקען און טראכטן שטענדיג אז מען קען תשובה טון, דאן וואלט קיינער נישט געגאנגען טון עבירות, מען וואלט נאר עוסק געווען אין תשובה.


היוצא מדברינו: ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין נפש, רוח און נשמה, ער וויל פאררעכטן זיינע מעשים - זאל קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון כאטשיג איין מאל אין לעבן; עס איז נאך נישט געווען א צדיק זייט די וועלט שטייט וואס זאל מבטיח זיין מיט אזא שטארקע הבטחה צו מתקן זיין יעדן איינעם - אזוי ווי דער הייליגער רבי. פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן און פון תיקון הכללי וכו' וכו'; אבער א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט א טובה טון פאר דעם וואס וועט קומען צו זיין ציון; עס קומט א נייע יאר, איך דארף ישועות, רפואות, פרנסה, נחת וכו' וכו', איך קוק נישט אויף קיינעם, איך אנטלויף צום הייליגן רבי'ן'.


אז דו וועסט האבן אמונת חכמים וועסטו האבן א גוט לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#66 - קען מען זאגן תיקון הכללי גלייך נאך די עבירה?
אומאן, תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז דער תיקון הכללי העלפט אויך אויפ'ן עובר זיין אויף פגם הברית במזיד רחמנא ליצלן. איך האב געוואלט פרעגן אויב מעג מען זאגן תיקון הכללי גלייך נאכ'ן עובר זיין רחמנא ליצלן, אדער איז דאס שוין חוצפה קעגן דעם אייבערשטן כביכול, אזוי ווי ס'שטייט אז מ'זאל נישט איבערבעטן בשעת כעסו נאר ווארטן אביסל.


אויך אויב קענט איר מיר שרייבן אביסל מער איבער די גרויסקייט פון תיקון הכללי.


א גרויסן יישר כח, ברוך

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ברוך נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן מזיד וכו'; מוהרא"ש זאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א איד זאל זינדיגן במזיד, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה – "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם, אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג וועט דאס אים שוין שלעפן צו נאך עבירות - דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון, דעריבער - זאגט מוהרא"ש - איז נישט שייך צו זאגן אז א איד וואס זיין נשמה איז א חלק אלוקי ממעל זאל זינדיגן במזיד, נאר ער איז נכשל געווארן בשוגג אין אן עבירה, און דאס שלעפט אים נעבעך ווייטער און ווייטער צו טון נישט גוטע זאכן.


דערפאר דארפן מיר אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זיך צו געוואוינען צו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים – דער "תיקון הכללי", אן קיין קאפ דרייעניש און אן קיין ספיקות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב) אז ווער עס וועט זאגן די צען קאפיטלעך – דער "תיקון הכללי" וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען; דאס איז א תיקון אויף אלע סארט עבירות וואס האט צו טון מיט פגם הברית.


דער רבי האט געזאגט (שם; ובשיחות שאחר הסיפורי מעשיות): נאכדעם וואס מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון. דער עיקר תיקון הברית – האט דער רבי געזאגט – איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות.


ווער רעדט נאך אויב מען איז זוכה צו קומען צום רבינ'ס ציון אין אומאן און געבן א פרוטה לצדקה און דארטן זאגן דעם "תיקון הכללי", וועט מען זיכער פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און דארט זאגן דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, האט דער רבי געזאגט - "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, כאפ דיך אריבער קיין אומאן, און  זאלסט זאגן דארט דעם תיקון הכללי; זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.

#65 - קען מען שיקן א שליח קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, ראש השנה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ס'זעט אבער נישט אויס אז איך זאל דאס קענען באווייזן, האב איך געוואלט פרעגן אויב מ'קען שיקן א שליח קיין אומאן, וועט דאס זיין פאר מיר א תיקון?


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט אז דו קענסט נישט זיין אין אומאן אויפן קומענדיגן יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה; ביז אומאן האבן מיר נאך אסאך צייט. אויב דו וועסט יעדן טאג מתפלל זיין צום אייבערשטן אז דו ווילסט זיין ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן, קענסטו נאך זוכה זיין צו זיין דאס יאר אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


אז דו וועסט רעדן מיט ברסלב'ע חסידים וועסטו הערן ווי יעדער איינער האט זיין מעשה ווי אזוי ער איז בייגעקומען זיינע מניעות. די אלע צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, יעדער פון זיי האט זיינע מניעות וואס ער דארף דורכגיין ביז ער איז זוכה צו זיין אין אומאן; קיינער קומט נישט צום רבי'ן באקוועם, נאר אלע וואס קומען גייען אריבער שווערע מניעות ביז מען איז זוכה צו זיין ראש השנה אין אומאן.


אז מען מאכט תפילה און התבודדות א גאנץ יאר איז מען זוכה אנצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ, אזוי ווי די בת מלך האט געזאגט פארן שני למלכות (סיפורי מעשיות, מעשה א מאבידת בת מלך) ווען ער האט איר געפרעגט: "ווי אזוי קען איך דיר ארויס נעמען פון די פלאץ פון די נישט גוטע?" האט זי אים געזאגט: "דו קענסט מיר נישט ארויס נעמען פון דא נאר אז דו וועסט זיך אויסקלויבן א פלאץ וואו דו וועסט דארט זיצן א גאנץ יאר, און ווען דו וועסט האבן אביסל צייט זאלסטו בענקען און האפן און וועלן מיר ארויסנעמען פון דא"; דאס גייט ארויף אויף התבודדות. אז מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין דעמאלט איז מען זוכה צו אלע תיקונים.


דערפאר בעט איך דיר, זיי זיך נישט מייאש! מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס הערט צו די תפילות וואס מען בעט אים, בעט יעדן טאג: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן. דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער מתקן זיין; דער רבי האט געזאגט: "אפילו מענטשן וועם איך קען נישט מתקן זיין דורכן יאר, אבער אז זיי וועלן קומען ראש השנה דעמאלט קען איך יעדן איינעם ברענגען צו זיין תיקון". הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל האבן שכל רחמנות צו האבן אויף מיר אליינס; איך האב דאך אזוי פיל געזינדיגט אין עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס אויף דעם שטייט (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", אבער עס איז דא א רבי וואס זאגט צו אז ער קען יא מתקן זיין דעם מענטש, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע מניעות וואס איך האב און איך זאל זוכה זיין צו קענען זיין אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ, תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ, אמן.

#64 - וואס טוט איך אז ביי מיין חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס וואס ער טוט פאר אונז, די אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפן אזויפיל אין לעבן.


איך בין א ... חסיד, און ביי אונזער חסידות איז א פראבלעם צו פארן קיין אומאן, איך האב אבער א שטארקע געפיל יא צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, וואס קען איך טון?


א גרויסן יישר כח, און דער אייבערשטער זאל געבן כח און מח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער מקרב צו זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז דו זאלסט באהאלטן דיין התקרבות צום רבי'ן פון דיינע חברים. ווי לאנג דיין ווייב תחי' איז מיט דיר, זי איז מסכים זאלסט פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן זע איך נישט וואס דיין פראבלעם איז.


אז דו וועסט זיך נישט רייצן וכו' וועט קיינער נישט וויסן אז דו ביסט בכלל געפארן קיין אומאן; ... חסידות איז זייער גרויס היינט, מיט אסאך בתי מדרשים און מען קען נישט האלטן חשבון ווער עס דאווענט דא און ווער עס דאווענט דארט. רעד נישט צו קיינעם פון ברסלב, רייץ דיך נישט מיט קיינעם - וועט קיינער נישט וויסן וואו דו ביסט ראש השנה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס זיין שווער האט זיך פארלייגט אויף אים ער זאל נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן צום רבי'ן, למעשה איז ער יא געפארן קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה. נאך ראש השנה ווען זיין שווער האט אים געפרעגט וואו ער איז געווען דורכאויס יום טוב, האט ער אים געענטפערט: "איך בין געווען אין שפיטאל וואו איך בין דורך א שווערע אפעראציע", אזוי האט אים דער שווער אפגעלאזט.


ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט פון זאגן ליגנט, האט ער געענטפערט אז דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג משנה זיין זיך צו ראטעווען פון מחלוקת; צווייטנס, איך בין טאקע געווען אין שפיטאל; איך בין געפארן צום גרעסטן שפיטאל אויף דער וועלט וואס פארמאגט דעם גרעסטן דאקטער. דער רבי איז אונזער דאקטער, ער היילט אונז אלע.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה, שפעטער איז די בת מלכה אנטלאפן פונעם קעניג, דער קעניג האט ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל איר זוכן וואו זי איז, האט מען איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער, ענדערש זאל איך דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר'. ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן די בת מלכה וואס דאס גייט ארויף אויף א אידישע נשמה; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, ער ווערט צעבראכן ביי זיך און געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט "אוּן אִיך הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


האט דער ברסלב'ער איידעם אויסגעפירט: "קומט אויס אז דער רבי איז מיין דאקטער, און אומאן איז מיין שפיטאל וואו איך הייל זיך".


דאס זעלבע זאלסטו טון; קריג זיך נישט מיט קיינעם און רעג נישט אויף דיין משפחה וכו'. דער עיקר זאלסטו זען אז דיין פארן זאל זיין מיט די הסכמה פון דיין ווייב; אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט קומען קיין אומאן איז נישט קיין שום פראבלעם דו זאלסט קומען. אויב דיין ווייב שטעלט אן אויפשטאנד דאן איז זייער ביטער, דעמאלט איז נישט כדאי צו קומען קיין אומאן, ווייל אן א ווייב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח איז מען ווי א טויטער מענטש.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, ווייל דאס איז דער יסוד פון קדושה וטהרה; אז מאן און ווייב לעבן באהבה אין שטוב נאר דעמאלט קען מען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי די גאולה שלימה וואס וועט זיין במהרה בימינו.

#63 - ווי אזוי קען איך האבן א פרייליכע יום טוב, ווען מיין מאן פארט קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה גייט יעצט אנהויבן צו רעדן איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש ישיבה, וואס זאל איך אבער טון אז איך ווער ממש קראנק ווען איך טראכט נאר אז מיין מאן גייט מיר איבערלאזן אויף ראש השנה.


איך האב נישט וואו צו גיין אויף יום טוב, איך האב נישט קיין קרובים אדער חבר'טעס וואס זייערע מענער פארן קיין אומאן. און ביי מיינע עלטערן איז א באזונדערע מעשה, מיין מאמע היט ליידער נישט קיין שבת ויום טוב, און מיין טאטע יא, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן וואס ס'גייט פאר ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביי א יום טוב'דיגע סעודה. ביז יעצט בין איך סיי ווי אהינגעגאנגען, אבער יעצט אז מיין קינד שוין עלטער, און ער פארשטייט שוין, קען איך אים נישט צולאזן דאס מיטצוהאלטן. איז מיין איינציגסטע ברירה צו בלייבן אליין אינדערהיים, און פארשטייט זיך אליין אז דאס וועט מיר נישט זיין קיין שמחת יום טוב.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, איך זאל נישט דארפן צוריק האלטן מיין מאן פון פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין די וועגן פון די הייליגע תורה און איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר טוט זייער גוט אז איר האלט זיך צוריק פון צו גיין צו אייערע עלטערן אז אייערע קינדער זאלן נישט זען ווי די באבע היט נישט קיין שבת.


בנוגע אז איר ווילט נישט בלייבן אליינס ראש השנה וכו'; ערשטנס דארפט איר נישט בלייבן אליין, עס איז דא נאך פרויען וואס וואלטן זיך געפריידט צו האבן נאך א פרוי מיט זיך דורכאויס ראש השנה (איר קענט זיך פארבינדן אין אפיס פון די קהלה, מען וועט אייך העלפן מיט דעם פרט).


צווייטנס דארפט איר וויסן אז דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דעריבער זעט צו מתפלל זיין אז אייער מאמע תחי' זאל תשובה טון, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה זי זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; פון יעצט ביז ראש השנה זאלט איר מתפלל זיין אז זי זאל תשובה טון, אזוי וועט איר קענען גיין מיט אייערע קינדער צו איר.


דריטנס וויל איך אייך פרעגן, ווען עס וואלט געווארט אויף אייער מאן א שווערע משפט חס ושלום, וואלט ער זיכער ארום געלאפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן אים ראטעווען, ער וואלט נישט געקוקט אויף גארנישט אין דער וועלט, גארנישט וואלט אים געקענט אפהאלטן פון פארן צום גרעסטן לויער; איר וואלט אים זיכער געזאגט: "פאר וואו דו ווילסט, צו וועם דו ווילסט, אבי דו זאלסט זיך קענען ראטעווען", ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווארט אויף אים טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וואלט דאך א מענטש געטון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך אייך, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן; מען זאגט ביים דאווענען: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם וכו' וכו'"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו – אלעס ווערט אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "שֶׁעוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן; איז דאך זיכער אז א מענטש מיט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, ער כאפט זיינע פעקלעך און לויפט זיך ראטעווען.


דעריבער דארפט איר זיך פרייען אז אייער מאן פארט פועל'ן ראש השנה ביים רבי'ן א גוט יאר; ער וועט אייך אהיים ברענגען ישועות אין אלע אייערע ענינים.


מיט תפילה וועט איר צוריק ברענגען אייער מאמע'ן צום אייבערשטן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, און וואס מען קען פועל'ן מיט תפילה קען מען נישט באקומען דורך קיין שום אנדערע וועג.


איר זאלט האבן א געזונטן זומער.

#62 - וואס טו איך אז דאס פארן אויף אומאן קען זיין שווער פאר מיין ווייב?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע דרשות און שיעורים וואס האבן געמאכט אויף מיר א געוואלדיגער שינוי לטובה, איך האב ב"ה יעצט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל.


איך וויל שוין מאכן א טיקעט אויף אומאן, מיין ווייב איז אבער נערוועז ווייל זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, אויב וועל איך אבער ווארטן ביז דעמאלט, וועט עס קאסטן פיל טייערער. אפשר זאל איך מאכן א טיקעט שטילערהייט אן דעם וואס זי זאל אפילו וויסן דערפון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פאררופסט זיך "א פרישער מקורב", דאס זעט מען שוין פון דיין שאלה; זעט אויס אז דו ווייסט נישט אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית. ווייל אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע קאפ, און אויב איז פארקערט חס ושלום, מען האט נישט קיין שלום בית – דאן איז זייער ביטער; מען איז פול מיט שלעכטע מחשבות. דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל מכבד זיין די ווייב און איר האלטן חשוב און טייער (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית, אזוי ווייט, אז אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן – אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיטן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


אז דיין ווייב ווארט וכו' און זי דארף האבן וכו' א וואך פאר ראש השנה, זאלסטו נישט קויפן יעצט א טיקעט אפילו עס איז ביליגער, ווייל אפשר וועסטו נישט קענען קומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אפשר וועט זיך דאס אריין שלעפן וכו'; ענדערש זאלסטו צו ווארטן און דעמאלט זאלסטו זען צי עס איז שייך בכלל אז דו זאלסט קומען דאס יאר. אזוי ווי שבת אז מען דארף האבן וכו' איז די הלכה אז דער מאן מעג מיט גיין וכו' און עס איז נישט דא ביי דעם קיין חילול שבת, ווייל דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת, אזוי איז אויך ווען עס קומט ראש השנה און מען דארף האבן ראש השנה איז עס דוחה דאס פארן קיין אומאן.


וואס דאגה'סטו יעצט אויף ראש השנה? דו האסט נאך אסאך צייט ביז ראש השנה, און מיט תפילה קענסטו נאך זיין היי יאר ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן; זיי מתפלל אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב און אז דו זאלסט נאך קענען אנקומען צום רבי'ן.


פאלג מיר, גיי נישט אונטערן ריקן פון דיין ווייב; זיי נישט קיין אויבער חכם און טו נישט קיין ווילדע זאכן וואס וועט גורם זיין נאכדעם אז דו וועסט אלעס אפלאזן, פון רבוי אור ווערט נאכדעם שבירת הכלים וכו'. קויף א טיקעט נאר אויב דיין ווייב איז מסכים, און אלעס וואס דו טוסט זאלסטו טון מיט איר צוזאמען. פאר מען האט חתונה דארף מען קיינעם נישט פרעגן וואס ווען און וואו, אבער אז מען האט חתונה געהאט איז די לעבן ווי א שותפות; נישט דא קיין סודות און נישט דא קיין אויסשפילן; די אלע וואס שפילן אויס די ווייב בלייבן נאכדעם אליינס אויסגעשפילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דיין התקרבות צום רבי'ן זאל זיין מיט אן אמת, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#61 - ווי אזוי גרייט איך זיך צו מיין נסיעה אויף אומאן?
אומאן, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גרייט זיך יעצט צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן צום ערשטן מאל, דערווייל נאכנישט אויף ראש השנה, און איך האב געוואלט וויסן ווי אזוי איך דארף זיך צוגרייטן צו דעם, און ווי אזוי אויסצונוצן די צייט ווען מ'געפונט זיך דארט ביים ציון הקדוש.


יישר כח. יוסי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פונעם רבינ'ס ווערטער; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי (די צען קאפיטלעך תהילים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות "וֶועל אִיך מִיר לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיך אִים אַרוֹיס נֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".


דעריבער אז דו ביסט זוכה יעצט דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון דארפסטו טאנצן פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו קומען צו אזא הייליגע פלאץ; גלייך ווען דו קומסט קיין אומאן זאלסטו גיין צום ציון זאגן דעם תיקון הכללי. פאר דו זאגסט דעם תיקון הכללי זאלסטו געבן א פרוטה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים וועסטו זוכה זיין אז דער רבי וועט דיר מתקן זיין.


ביים רבינ'ס ציון קען מען אלעס פועל'ן; אויב מען האט שכל און מען נוצט אויס די צייט, קען מען זען גרויסע זאכן. דער רבי איז דארט און דער רבי הערט אויס יעדעס ווארט וואס מען בעט אים, אזוי ווי מיר ווייסן פון די מעשה אז אמאל איז דער רבי געזיצן אין שטוב מיט זיין טאכטער און זיי האבן געהערט ווי א פרוי וויינט אויפן קבר פון איר טאטע, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער: "דער מת איז בכלל נישט דא און הערט בכלל נישט איר וויינען, אבער ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם און מען וועט קומען צו מיין קבר, וועל איך הערן וואס מען רעדט צו מיר", און דער רבי איז אריין אין אן אנדערע צימער און איר געזאגט: "אזוי ווי איך קען הערן דא ווען דו רופסט מיר פון די אנדערע זייט, אזוי וועל איך הערן וואס דו וועסט בעטן ביי מיין ציון (שיחות הר"ן, סימן קנו)".


זעלבסט פארשטענדליך, אז דער רבי איז דארט דארף מען אריין גיין מיט דרך ארץ; מען דארף זיך פארשטעלן כאילו מיר וואלטן אריין צום רבי'ן וואס דעמאלט וואלטן מיר זיכער אריין מיט גרויס דרך ארץ. דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון שמועסן און זיכער נישט חס ושלום א פלאץ פון קלות ראש, עס איז א פלאץ פון התבודדות און פון תפילה.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען קיין אומאן און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, וועט ער זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען.


זאלסט פועל'ן אלעס גוטס פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל; בעט פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל איך זאל זוכה זיין צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט מיין ארבעט.

#60 - פארוואס איז דער נייער בנין אין אומאן אזוי ווייט פון ציון?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע נייע שיעורים פון גמרא און נ"ך וואס מען האט לעצטנס אנגעהויבן ארויפלייגן אויף "קול ברסלב". בשעת'ן ארבעטן הער איך אויף מיינע עיר פאונס. אמאל פלעג איך אויסהערן יעדע דרשה/שיעור, היינט איז שוין דא ב"ה אזוי סאך שיעורים אז איך קען נישט אניאגן אויסצוהערן אלע שיעורים.


איך האב געזען דעם בריוו פון יום א' פרשת לך ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז ער גייט אריין אין חובות אלעס פאר אונז (תלמידים), און דער ראש ישיבה שרייבט אז ער איז אנטוישט אז מ'העלפט אים נישט ארויס.


די סיבה פארוואס ס'איז דא וואס געבן נישט קיין געלט פאר'ן נייעם בנין אין אומאן איז ווייל דער נייער בנין אין אומאן איז זייער ארויס פון געגנט, מ'שמועסט אז ס'איז מער פון 20 מינוט אוועק פון פעדער'ס, ס'איז צו ווייט (ווען ס'איז מערסטענס אוועק פון פעדער 10-5 מינוט וואלט מען מער געגעבן) און אסאך מענטשן ווילן זיין נענטער צום ציון, מ'זאל קענען גיין צום ציון ווען מ'וויל.


דער ראש ישיבה האט זיכער א סיבה פארוואס מען האט גענומען די פלאץ אזוי ווייט, איך האב געוואלט דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן פארוואס מען האט גענומען אזוי ווייט, און אזוי וועט מען בעזהשי"ת געבן מער.


א גרויסען ש'כח פאר אלעס.


ישעי'

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישעי' נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער רבי האט זיך אריבער געצויגן קיין ברסלב, האט דער רבי געפרעגט איינעם צי עס איז דא א גוטע פלאץ פאר התבודדות, וואו מען קען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, האט יענער געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז דא זייער א גוטע פלאץ ביים עק שטאט, א שיינער הייל, אבער עס איז זייער ווייט אהין צו גיין, האט דער רבי געזאגט: "ווייט? ווי ווייט איז פון מויל ביזן הארץ?" דער רבי האט געוואלט ארויס ברענגען אז מען קען שוין אנהויבן רעדן צום אייבערשטן פונעם ערשטן טריט וואס מען גייט אהין, און אזוי אויך צוריק, דערפאר האט דער רבי געפרעגט וואס איז שייך צו זאגן ווייט? ווי ווייט איז פונעם מויל ביזן הארץ.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען שוין ענדיגן דעם בנין וואס מיר בויען אין אומאן, מיר וועלן האבן א שיינע ווינקעלע, ריינע ד' אמות, וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, אן קיין דריידליך און אן קיין פשעטליך. דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פארן מיר קיין אומאן - אן קיין פשעטליך; דער זאגט דער רבי איז אין "הר ציון", דער זאגט דער רבי איז אין מירון - יעדער מיט זיינע דמיונות, אבער ברוך ה' מיר פאלגן דעם רבי'ן.


דער רבי האט געזאגט: "דעם ערשטן נאכט ראש השנה פיר איך אריבער אלע מיינע מענטשן"; דערפאר פארן מיר קיין אומאן, אבער ווען מען קומט קיין אומאן דארף מען געדענקען אז כדי צו זיין פון רבינ'ס מענטשן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן, מען דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז צו זיין א ברסלב'ער חסיד, דארף מען לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹך סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; איינער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים פון רבי'ן האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד", איינער וואס לערנט נישט תורה קען נישט זיין קיין חסיד; אזוי אויך איינער וואס לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, ווי אזוי קען ער זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דער קיבוץ ביים רבי'ן ווערט גרעסער און גרעסער - כן ירבו; ווער עס קען גוט רעכענען זעט אז ביז אפאר יאר וועט זיך דאפלען און טריפלען די צאל מענטשן וואס קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל מיט קארגע צוואנציג יאר זענען געווען קוים צוויי טויזנט אידן, ברוך ה' עס האט זיך געדאפלט און געטריפלט, און ביז אפאר יאר וועלן זיין דארט הונדערטער טויזענטער מענטשן. מענטשן גייען אריבער זייער שווערע זמנים - יעדער איז צעבראכן, יעדער איז צעקלאפט, אלע לעכצן נאך א ביסל חיזוק, "און איך הייל זי" - האט דער רבי געזאגט; דער רבי האט חיזוק פאר יעדן איד אין יעדע מצב וואס ער זאל נאר אריבער גיין, דער רבי ברענגט אריין אזא שטארקע אמונה אין אונז, אז מען לעבט ווי אין אן אנדערע וועלט, מען איז פרייליך, מען האט כח אריבער צו טראגן אלע שוועריקייטן.


עס איז זייער שווער פאר מענטשן צו זיין סמוך ונראה צום ציון; ביינאכט קען מען נישט שלאפן ווילאנג די 'נאכט פויגלעך' זענען אויף, צופרי שטייען שוין אויף די ערליכע אידן און עס הייבן זיך אן מנינים סליחות פון גאר פרי בקולי קולות אז עס קומט אויס פאר א מענטש צו שלאפן בקושי צוויי שעה א נאכט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "וְלֹא הָיְתָה קְרִיאַת הַגֶּבֶר מַגַּעַת עַד שֶׁהָיְתָה עֲזָרָה מְלֵאָה מִיִּשְׁרָאֵל", דאס קען מען זען אין אומאן ווי פארטאגס איז שוין די גאנצע גאס און די שילן פול מיט מענטשן, עס הייבן זיך אן די מנינים מיט די שופרות, דערפאר זענען מיר ארויס געגאנגען אביסל ארויס פונעם גאנצן טאראראם.


ברוך השם מיר קומען נישט קיין אומאן זיך ארום צו דרייען אויף די גאסן, מיר קומען נישט צו פלוני און נישט צו אלמוני, מיר קומען קיין אומאן ווייל דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן. אמת, עס איז טאקע נישט אזוי נאנט צום ציון, אבער מאך זיך א חשבון, די פאר טעג פאר ראש השנה און אויך מוצאי יום טוב נעמט מען א טעקסי, עס נעמט צוויי מינוט פון אונזער פלאץ ביז אונטען ווי די באסעס קומען אן, דארט ביסטו ממש ביים ציון. יום טוב אליינס, מאך זיך א חשבון וויפיל מאל גייט מען יום טוב צום ציון, אויב מען שטייט אויף ביים עלות קומט אויס צו גיין איין מאל א טאג צום ציון, ווייל אכט אזייגער שטעלט מען זיך שוין דאווענען ביז צוויי אזייגער, נאכדעם איז די סעודה, נאך די סעודה איז מנחה און א דרשה, און דער טאג איז אריבער.


איך גיי יעדע שבת פון מיין שטוב ביז ישיבה, א וועג פון פינף און צוואנציג מינוט; מענטשן פרעגן מיר, 'פארוואס ציסטו זיך נישט אריבער נעבן די ישיבה, דו גייסט אזא ווייטע וועג', אבער באמת בין איך זיך מחי', איך קען מיך אביסל אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, דאס איז מיין בעסטע צייט אין טאג - ווען איך גיי צו ישיבה און אויפן וועג אהיים, דעמאלט קען איך זיך אביסל אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.


דערפאר איז נישט אזוי געפערליך אז מיר האבן גענומען דעם פלאץ ארויס פון די גאנצע טאראראם, ווייל פאר יום טוב און נאך יום טוב קען מען גיין צום ציון מיט א קאר, און יום טוב קען מען כאפן א שטיקל שפאציר און זיך מתבודד זיין דעם גאנצן וועג ביז צום ציון - סיי אהין און סיי אויפן וועג צוריק.


דאס וואס דו שרייבסט אז מען געבט נישט קיין געלט וכו'; דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז יעצט וועט מיר ווייטער אויך נישט פארלאזן און ער וועט מיר ווייטער העלפן. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געטרייע תלמידים וואס העלפן מיר מיט דאס גרעסטע מסירות נפש וואס איז שייך; געלויבט דעם אייבערשטן אז בזכות די תלמידים וואס העלפן מיר, האלטן מיר אויף א וועג מיטן בנין, איך האב געשריבן דעם בריוו פאר די וואס האבן נאך נישט געגעבן אז זיי זאלן זיך אנשטרענגען צו געבן און אין דעם זכות וועלן זיי האבן גרויס הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#59 - ווי אזוי קען מען אפהיטן די קינדער אין אומאן?
אומאן, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען ב"ה דאס יאר אין אומאן אויף ראש השנה, און איך האב זייער הנאה געהאט. איך האף צו ברענגען קומענדיגע יאר מיינע דריי גרויסע אינגלעך.


איך בין אבער זייער נערוועז, ווייל כ'האב זיך ארומגעדרייט אין די גאסן דארט פאר יום טוב, און אויך אין יום טוב, און איך ווייס נישט ווי אזוי מ'קען בכלל ברענגען קינדער אין אומאן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן דארטן?


א גרויסן יישר כח.


יעקב דוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב דוב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט געווען ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און ר' נתן שרייבט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות.


וויסן זאלסטו, אז וואס עלטערן געבן פאר קינדער - קען קיינער נישט געבן, און חינוך וואס קינדער באקומען אין שטוב, איז שטערקער פון אלעס אויף דער וועלט; וויפיל איך פרוביר אריין צו לייגן אין די בחורים וואס לערנען ביי מיר אין ישיבה יראת שמים און מידות טובות, זע איך, אז די בחורים וואס קומען פון געזונטע שטובער וואו מען האט זיי מחנך געווען - איז גרינגער צו ארבעטן ווי מיט בחורים וואס קומען פון שטובער וואס קיינער האט זיי נישט מחנך געווען.


געב א קוק למשל 'נעגל וואסער'; עלטערן וואס האבן מחנך געווען די קינדער אפצוגיסן 'נעגל וואסער', די טאטע און מאמע זענען שטארק מקפיד אויף דעם, און זיי זאגן שיינערהייט יעדע נאכט פאר די קינדער: "קינדער אנגרייטן 'נעגל וואסער' און ליינען קריאת שמע", די קינדער וואקסן אויף ערליך און הייליג, און זיי וועלן זייער גאנץ לעבן זיך אנגרייטן 'נעגל וואסער'. און דאס זעלבע איז פארקערט; קינדער וואס זענען אויף געוואקסן אין א שטוב וואס עס איז נישט דא קיין יראת שמים, מען ווייסט נישט פון קיין 'נעגל וואסער' צו זאגן, די קינדער וועלן זיך נישט אפגיסן קיין נעגל וואסער. איך זע עס אין קעמפ ווען איך לייג שלאפן די בחורים, וויפיל איך זאל זיך בעטן ביי בחורים זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער איז עס ווי דו רעדסט צו טויבע אויערן, ער קוקט דיר אן ווי איינער וואס רעדט זאכן פון די לבנה, ווייל ער האט עס נישט געזען ביי זיינע עלטערן, מה שאין כן די בחורים וואס ביי זיי אין שטוב גיסט מען זיך אפ נעגל וואסער, צו זיי קען מען רעדן, זיי קען מען מחזק זיין וכו', און אזוי איז אין יעדע פרט.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ער וויל מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען 'רבינו נחמן בן פיגא', פארוואס? ווייל זיין עיקר יראת שמים האט ער גענומען פון זיין מאמע. ווען דער רבי איז געבוירן האט זי גלייך אפגעגאסן דעם רבי'ן נעגל וואסער, און אויך האט זי גענייט א קאפל בשעת זי האט געווארט דעם רבי'ן, און זי האט אנגעטון דעם רבי'ן מיט א קאפל גלייך ווען דער רבי איז געבוירן. אזוי אויך פלעגט זי נעמען דעם רבי'ן מיטן קערידזש און גיין צום ציון פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו מתפלל זיין דארט; זעט מען פון דעם, אז וואס עלטערן געבן פאר זייערע קינדער קען קיינער אנדערש נישט געבן.


דאס זעלבע איז מיט אנדערע זאכן, ווי למשל דאווענען מיט מנין; א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואס אלעס ווערט אפגעשטעלט ווען מען דארף גיין דאווענען שחרית מנחה מעריב, אזא קינד וועט אויך גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג. און א טאטע וואס גייט נישט אין שול דאווענען א גאנצע וואך, וועט זיין קינד אויך נישט גיין דאווענען, און עס וועט נישט העלפן אז מען וועט זאגן פארן בחור גיי דאווענען, ווייל ער ווייסט ביי זיך אז טאטי דאווענט נישט וכו'.


איך קען נישט פארגעסן וואס א בחור האט מיר געזאגט יארן צוריק: "דער ראש ישיבה קומט פון א שטוב ווי יעדער דאווענט, איך קום פון א שטוב וואו מען דאווענט נישט; מיין טאטע טוט אן תפילין אין שטוב, ער גייט נישט אין שול א גאנצע וואך - נאר שבת (נישט צום דאווענען, נאר צו די חברים, טרינקען וכו'), מיין טאטע טוט אן תפילן ווען ער איז נאך מיט די אונטער וועש, פארוואס שרייט דער ראש ישיבה אויף מיר ווען איך דאווען נישט?"


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו ביסט געווען אין אומאן אויף ראש השנה, און דו האסט זיך ארום געדרייט אין די גאסן פאר יום טוב און אויך אום יום טוב, און דו זארגסט זיך וועגן דיינע קינדער; וואס ווילסטו פון דיינע קינדער ווען דו אליין דרייסט זיך ארום אין אלע גאסן וכו'? אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיך אליין, דו וועסט אויסניצן די צייט אין אומאן, דעמאלט וועלן דיינע קינדער דיר נאכמאכן און אויך אויסניצן די צייט.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אויף מיר אז איך ענטפער דיר וכו', ווען דו שרייבסט מיר אז דו האסט זיך ארום געדרייט אין אלע גאסן ה' ירחם, ווען אלע גאסן זענען אויסגעלאסן וכו'; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, אז מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען גייט אין שול דאווענען, און מען לערנט יעדן טאג, איז מען זוכה אז די קינדער וועלן זיין ערליכע אידן.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב צו מחנך זיין זיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין ביי חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; ווייל אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן נאך ברכות, און אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, און יעדע מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך איז די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#58 - איך פאל און איך פאל, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
אומאן, קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב יואל ראטה שליט"א,


אני שומע את השיעורים שלך ומתחזק מזה מאד, תודה רבה.


אני בחור מעל גיל 20, אני משתדל ללמוד כל יום ח"י פרקים משניות כדי להיות שמור מעבירות, אבל זה לא עוזר, אני נופל פעם אחרי פעם, אני לא יודע אם זה נקרא במזיד כי אני כן רוצה להיות קדוש, אבל היצר הרע מתגבר עלי כל פעם להסתכל בדברים לא טובים.


הייתי השנה בראש השנה באומאן בציון של רבינו, ובכיתי שאני רוצה להיות חתן ולא ליפול לשטויות, והרגשתי שכבר פעלתי, אבל כבר מאז נפלתי פעמיים. מה יהיה איתי? אני יודע שהחטא הזה מרחיק את הזיווג, אבל מה אני יעשה? הרי זה שאני בחור בלי זיווג זה מה שמפיל אותי שוב, מה יהיה הסוף, האם הפסדתי את מה שפעלתי בציון?


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 מיר זענען יעצט געווען ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן ראש השנה דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "גאר מיין זאך איז ראש השנה, נישט נאר מיינע מענטשן זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה נאר די גאנצע וועלט איז תלוי אין מיין ראש השנה". ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מיין זאך איז יום כיפור", ווייל אין יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל יעדן איינעם אלע עבירות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם, לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ". מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט: "מיין זאך איז בחורים; איך בין אראפ געקומען אויף דער וועלט פאר בחורים און מיידלעך"; און מען זעט אז די ראשי תיבות פון ר'אש השנה, ב'חורים, און י'ום כיפורים, איז ר'ב'י'.


טויזענטער בריוו האט מוהרא"ש געשריבן פאר בחורים - זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט אויפגעבן; מוהרא"ש שרייבט אז עס איז דא הונדערטער טויזענטער שאלות ותשובות ספרים פון גדולי ישראל צדיקים וקדושים וואס האבן געשריבן תשובות פאר אלע סארט שאלות פאר כלל ישראל, אבער קיינער שרייבט נישט קיין תשובות פאר בחורים וואס האבן שאלות צי זיי קענען נאך תשובה טון; זיי פרעגן: "וואס זאלן מיר טון אז מיר האלטן אין איין פאלן פון קדושה?" דערפאר האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אפגעשריבן זיבעציג טויזענט בריוו, וואס א גרויסע פראצענט דערפון איז פאר בחורים, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט אויפגעבן.


מוהרא"ש שרייבט פאר אלע בחורים וואס פרעגן און בעטן אן עצה ווי אזוי זיי קענען ארויס גיין פון זייער פלאנטער, אז זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דאס ראטעוועט פון אלעם שלעכטס; דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו זאגסט ח"י פרקים משניות און דו זעסט נישט עס זאל העלפן, דאס טאר מען נישט זאגן, ווייל מי יודע ווען דו זאגסט ווען נישט די ח"י פרקים משניות צי דו וואלסט נאך אפילו געשריבן אזא בריוו - ווי דו שרייסט אז דו ווילסט זיין ערליך... וויפיל בחורים זענען שוין נעבעך אזוי אראפגעפאלן אז זיי שרייען שוין נישט "ראטעווע מיך!" דאס אליינס אז דו שרייסט נאך: "ראטעווע מיר, איך וויל זיין א ערליכע איד" - דאס אליינס דארף זיין דיין גרעסטע התחזקות, אז דו ווילסט נאך זיין גוט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (חולין קמב.) אסאך מעשיות ווי אזוי גרויסע מענטשן זענען אוועק געפאלן פון אידישקייט ווייל זיי האבן געהאט קשיות אויף די תורה, "הֲרֵי שֶׁאָמַר לוֹ אָבִיו, עֲלֵה לַבִּירָה וְהָבֵא לִי גּוֹזָלוֹת, וְעָלָה, וְשָׁלַח אֶת הָאֵם, וְלָקַח אֶת הַבָּנִים, וּבַחֲזָרָתוֹ נָפַל וָמֵת - הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה? וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה?" א טאטע האט געהייסן זיין זון 'גיי ברענג מיר אפאר פייגליך פונעם נעסט', איז דער קינד געגאנגען און געמאכט די מצוה פון שלוח הקן, און אויפן וועג אראפ איז ער אראפגעפאלן פונעם לייטער און געשטארבן - וואו איז דער אריכות ימים פון דעם מענטש? ווי איז די גוטס וואס דער מענטש דארף באקומען פאר דעם מצוה? זאגן דארט חכמינו זכרונם לברכה אז אחר האט דאס געזען, און ער האט געהאט די קשיא וכו'.


אזוי איז דא זייער אסאך מצוות וואס עס שטייט ארויס געשריבן די שכר פאר דעם וואס טוט די מצוה, אזוי ווי עס שטייט (במדבר טו, מ): "לְמַעַן תִּזְכְּרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְו‍ֹתָי"; ביי תפילין שטייט (שמות יג, ט): "וְהָיָה לְךָ לְאוֹת עַל יָדְךָ, וּלְזִכָּרוֹן בֵּין עֵינֶיךָ, לְמַעַן תִּהְיֶה תּוֹרַת ה' בְּפִיךָ", פרעג איך דיר - אויב איינער טוט אן ציצית און דאך פאלט ער אראפ אין עבירות, אדער איינער וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און דאך איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, זאל ער אפלאזן זיין תפילין? זאל ער זיך חס ושלום גיין שמד'ן? וואס ליידער - זייער אסאך וואס זענען אוועק געפאלן פון אידישקייט, זענען נאר צוליב די אלע קשיות וואס איז אריין אין זיי, וואס געווענדליך אז דער מענטש האט נישט קיין סבלנות, הייבט ער אן צו האבן קשיות, און נאכדעם פאלט ער נעבעך אינגאנצן אוועק.


דערפאר דארף א מענטש האבן אסאך סבלנות, און וויסן אז אלעס וואס די הייליגע תורה און וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן - איז אמת, און עס איז דא אסאך זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין.


דו זאג ווייטער משניות, און גלייב אז די תורה וועט דיך ראטעווען פון עבירות, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן רַחֲמָנָא לִשֵׁזְבָן", אפילו א מענטש וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מבטיח געווען בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ, אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר, אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג, עס איז געדרוקט אין 'קונטרס מציאות הזיווג', דאס איז איבערגעשריבן אין אידיש, זאג עס יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב:


אַ תְּפִלָה צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג אוֹיף אַ שִׁידוּךְ


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא רעש עס ווערט אויבן אין הימל ווען א בחור אדער א מיידל קומען צום אייבערשטן, און זאגן: "באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט זינדיגן, אבער וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל אין עבירות וכו'; איך וויל חתונה האבן, אז איך וועל חתונה האבן וועל איך מער נישט טון די עקעלדיגע עבירה", ווען א בחור אדער מיידל זאגן דאס פארן אייבערשטן ווערט אויבן אזא רעש, אלע מקטריגים אנטלויפן, זיי שעמען זיך מיט זייערע קטרוג וואס זיי שטייען א גאנצע טאג און זענען מקטרג אויף בחורים וכו', ווייל דער אמת קומט ארויס, און מען זעט קלאר אז בחורים זענען נישט שולדיג.


איך בעט דיר זייער שטארק, דראפע דיר און דערהאלט זיך; דו זאג ווייטער משניות, און פריי זיך אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן, און דו ביסט געקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו האסט זיכער גע'פועל'ט א שידוך, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט זוכה זיין בקרוב אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל אמן.


א גוט יום טוב.

#57 - וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד הר"ר יואל ראטה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואו עס איז דער מקור פונעם רבי'ן אז מ'דארף קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. וואו שרייבט דאס דער רבי, ווען און צו וועם האט ער דאס געזאגט?


לייבל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד לייבל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט וואו עס איז דער מקור אז דער רבי האט געוואלט מען זאל קומען קיין אומאן; אין חיי מוהר"ן איז דא א גאנצע קאפיטל: "גֹּדֶל יִקְרַת רֹאשׁ הַשָׁנָה שֶׁלּוֹ" - צאמגענומען אלע שמועסן פון רבי'ן, וואס דער רבי האט געזאגט איבער דעם אז מען דארף קומען צו אים אויף ראש השנה; קוק אריין דארט וועסטו זען לשונות וואס דער רבי האט געזאגט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אזעלכע לשונות וואס קיין שום צדיק האט נישט געזאגט.


דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיי"ש.


ווען עס ווארט אויף א מענטש א שווערע משפט, וועט דער מענטש ארום לויפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן פרובירן אים מצדיק צו זיין, ער קוקט נישט אויף גארנישט, און גארנישט קען נישט אפהאלטן דעם מענטש פון פארן צו דעם גרעסטן לויער; דעמאלט קוקט מען נישט אויף געלט, מען קוקט נישט אויף קיין חברים, אפילו נישט אויף משפחה, מען קוקט נאר אויף זיך, מען מאכט זיך א חשבון 'וואס האב איך צו פארלירן, עס ווארט מיר אזא שווערע משפט וכו' וכו'', ווער רעדט נאך אז עס ווארט א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וועט א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך דיר, עס ווארט אויף אונז אלע  א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן, מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם; אלע שרעקליכע טראגעדיס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו - ווערט אלעס אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען, יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען לא עלינו אנגעפילט מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, עס איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין; קוק וואס ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (שם, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן.


דערפאר קומען צו פארן צענדליגער טויזענטער מענטשן קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל אלע ווילן תשובה טון, און אלע ווילן אז דער רבי זאל זיי מתקן זיין.


ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן, קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזענטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט: "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר איז ערב ראש השנה"; פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער גייט ארום און מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן, פון תיקון הכללי וכו' וכו'; ווייל עס דארף בלייבן א בחירה און א נסיון פארן מענטש, אבער א מענטש וואס האט שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס קומט יעצט א לאנגע יאר, איך דארף ישועות, איך דארף רפואות, איך דארף פרנסה, נחת; דא איז דא א רבי וואס האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער העלפן, פון דער אנדערע זייט שטייען מיינע כלומר'ישע חברים, און משפחה, וואס מאכן ליצנות פון דעם, איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר'; ער פאקט זיך איין א רענצל מיט זיינע וועש, און אנטלויפט צום הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#56 - זאל איך פארן אויף אומאן, אויב מיין טאטע וועט האבן צער פון דעם?
אומאן, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען אויף די אלע שיעורים וואס איז מיר זייער מחזק סיי אין לימוד התורה און סיי צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב געלערנט אין א ישיבה גדולה אין אמעריקע, און איך האב געהייסן א מתמיד און א גוטער בחור. איך האב טאקע געלערנט פלייסיג, אבער איך האב אייביג געטראכט אז עס איז צו שווער, און איך האב געהאפט אז עס זאל זיך מאכן א געלעגנהייט ווען איך וועל קענען אלעס אויפגעבן. אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן באקומן א נייע בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן צי שעצן יעדע גוטע זאך וואס איך טו. אידישקייט איז געווארן געשמאק ב"ה, א גרויסן דאנק.


יעצט צו מיין שאלה, זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן בין איך זייער געשטיגן, אין איך וויל שטארק גיין צים רבי'ן אויף ראש השנה. איך האב געפרעגט מיין טאטע, האט ער מיך געזאגט: קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער אז דו פרעגסט מיר זאג איך דיר אז עס גייט מיר וויי טוען. מיין טאטע האט א שוואכע הארץ. ער האט שוין געהאט א הארץ אטאקע ל"ע. איך האב אסאך מתפלל געווען איך זאל קענען פארן, איך האב אפי' שוין געקויפט א טיקעט.


וויל איך וויסן אויס דער רבי האט געוואלט אז מען זאל פארן אפי' ווען עס גייט מצער זיין דעם טאטן? און צי ביי מיין פאל זאל איך פארן אדער נישט?


יישר כח


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מצוות כיבוד אב ואם איז פון די גרעסטע מצות, און דאס איז חמורות שבחמורות (ירושלמי פאה א, א), אבער דו דארפסט פארשטיין אז ווען עס קומט ראש השנה, דעמאלט איז מען דן דעם מענטש - אים מיט זיין משפחה, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בַּמַּיִם וּמִי בָּאֵשׁ וְכוּ', אלעס וואס פאסירט דורכן יאר שרייבט מען אן ראש השנה, אזוי אויך שרייבט מען אן דעם בודזשעט פונעם גאנצן יאר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.).


ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערער משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא, ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פארן מענטש א משפט פון טויט שטראף, נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט, אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, וועט מען אלעס טון צו באקומען דעם לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש; דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה דעם גרויסן יום הדין, וואס וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ. וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף דער וועלט, אזוי ווי ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי".


דערפאר פארן מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה, אז דער רבי זאל זיין אונזער לויער, און מליץ זכות זיין פאר אונז, אז מיר זאלן האבן א יאר מיט ישועות, א יאר מיט רפואות, א יאר מיט אלע גוטע זאכן.


דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט פארן ווייל זיי ווייסן נישט וואס אומאן איז, זיי מיינען אז אומאן איז א פלאץ פון הוללות, א פלאץ פון לייכטזיניגע מענטשן וכו' וכו'; ווייל ליידער איז ארויס א שלעכטע נאמען אויפן הייליגן רבי'ן, כאילו עס איז א מקום פון קלי הדעת, דערפאר זענען עלטערן זייער דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד וויל פארן קיין אומאן, ווייל קיינער וויל נישט אז זיין קינד זאל זיך דרייען אין א פלאץ פון מענטשן וואס זענען הפקר וכו', איך בין זיכער אז דו וואלסט אויך מורא געהאט ווען דו ווערסט געוואויר אז דיין זון דריידט זיך אויף א פלאץ וואס מען רעדט אויף זיי לשון הרע.


דער רבי האט פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי און זיך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן, און זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה; און דאס איז די עצה פונעם ס"מ - ער לאכט אפ פון רבי'ן.


עס איז באוואוסט אז ר' נתן האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, עד כדי כך, אז זיין טאטע האט צוגערעדט ר' נתן'ס ווייב אז זי זאל זיך גט'ן פון זיין זון - ר' נתן; מען האט שוין געהערט אז א טאטע זאל אהיים נעמען זיין טאכטער וכו', אבער אז א טאטע זאל צו רעדן זיין שנור זי זאל אפלאזן זיין אייגן זון - דאס איז נישט געהערט געווארן, און שפעטער פלעגט ער רופן זיין זון "ר' נתן" מיט א ר', און ר' נתן איז נישט געווען באקוועם אז זיין טאטע רופט אים ר', פלעגט ער זאגן פאר זיין טאטע: "פארוואס רופסטו מיר ר' נתן?" האט אים זיין טאטע געזאגט: "וואס זאל איך טון, דו ביסט דער איינציגסטער זון וואס איז מיר מכבד".


זעט מען פון דעם, אז אפילו אין אנהייב האט מען מניעות פון די עלטערן, און זיי שרייען אז זיי ווערן קראנק פון דיר ווייל דו ביסט א ברסלב'ער, אבער אויב מען איז זיי מכבד, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען פירט זיך מיט דרך ארץ, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


דערפאר זאלסטו זען צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; זאג פאר דיינע עלטערן אז דו פארסט מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה, און זאג זיי אז דו וועסט אסאך מתפלל זיין פאר זיי, פאר זייער געזנט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#55 - ווי אזוי דארף מען מתפלל זיין אין אומאן?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר די חיזוק וואס איך האב פונ'ם ראש הישיבה'ס דרשות. איך מיז מודה זיין אז זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש הישיבה, האב איך זיך אסאך פארבעסערט אין אסאך זאכן.


איך בין א בחור אין ארץ ישראל, און אזוי ווי איך הער דעם ראש הישיבה'ס דרשות, ווייס איך אז דער ראש הישיבה פארשטייט זייער פיין וואס עס טוט זיך אפ ביי די בחורים אין א"י, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש הישיבה בין איך געווארן אסאך בעסער


איך האף ב"ה צו קומען דאס יאר די ערשטע מאל קיין אומאן, איך האב אסאך מאל געהערט אז דער ראש הישיבה זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער אז ווען ער וועט אוועק גיין פון די וועלט וועט ער איר הערן פונקט ווי איך הער יעצט פון א צווייטע צימער. האב איך א קשיא, צי ווען מען גייט צום ציון דארף מען רעדן הויך צום רבי'ן, אדער שטיל איז אויך גיט? ווייל ווען די טאכטער האט גערעדט פון די צווייטע צימער האט זי זיכער גערעדט הויך.


איך דריי זיך ארום מיט דעם ספק שוין א שטיק צייט, און איך וואלט מיך זייער געפריידט אויב דער ראש הישיבה וואלט אראפ גענומען פון זיין צייט מיך צו ענטפערן.


אויך וויל איך וויסן וואס נאך איך דארף זיך צו פירן ווען איך פאר צו אומאן.


א גרויסן ש'כח פאר אלעס, א כתיבה וחתימה טובה און אסאך הצלחה.


מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מאיר א. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו קומסט דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן; ווען מען איז זוכה צו הערן דעם קול פון רבי'ן, די עצות פון הייליגן רבי'ן, איז מען זוכה אז מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן, מען ווייסט אז דער אייבערשטער איז דא - מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, מען לעבט מיט אמונה, מען חנפ'עט מער נישט קיין שום מענטש, נאר וואס מען דארף בעט מען פונעם אייבערשטן.


אין שיחות הר"ן (סימן קנו) ברענגט ר' נתן: "כְּשֶׁהָיָה בְּאוּמַאן, שָׁמַע בְּבֵיתוֹ קוֹל שֶׁל הַצּוֹעֲקִים עַל הַבֵּית עָלְמִין, עַל קִבְרֵי אֲבוֹתָם, שֶׁדַּרְכָּם לִצְעֹק וּלְהִתְפַּלֵּל שָׁם בְּקוֹל מַר כַּנָּהוּג, וּפַעַם אַחַת שָׁמַע אִשָּׁה אַחַת שֶׁהָיְתָה צוֹעֶקֶת שָׁם עַל קֶבֶר אָבִיהָ, אָבִי, אָבִי, בְּקוֹל מַר מְאֹד, וּבִתּוֹ תִּחְיֶה הָיְתָה עוֹמֶדֶת אֶצְלוֹ אָז, עָנָה וְאָמַר לָהּ, הָאִשָּׁה הַזּאֹת צוֹעֶקֶת בְּכַוָּנָה הֵיטֵב אָבִי אָבִי, אֲבָל אָבִיהָ אֵינוֹ בְּכָאן כְּלָל", ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דער קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן טאטע! טאטע! מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער: "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא", וְאָמַר אָז: אֲבָל אֵצֶל הַצַּדִּיק אֵין צְרִיכִים לַחֲשׁשׁ עַל זֶה שֶׁמָּא אֵינוֹ שָׁם, כִּי מִיתַת הַצַּדִּיק הוּא רַק כְּמוֹ מִי שֶׁיּוֹצֵא מֵחֶדֶר לְחֶדֶר אַחֵר, וְהִמְשִׁיל אָז לְבִתּוֹ עַל עַצְמוֹ, כְּמוֹ שֶׁאֲנִי עַתָּה בְּחֶדֶר זֶה, וְאַחַר כָּךְ אֲנִי יוֹצֵא מֵחֶדֶר זֶה וְנִכְנָס לַחֶדֶר הַשֵּׁנִי, וְסוֹגֵר הַדֶּלֶת אַחֲרַי, אִם אַתָּה תָּבוֹא אֵצֶל הַדֶּלֶת, וְתִצְעַק אָבִי אָבִי וְכוּ', לא אֶשְׁמַע דְּבָרֶיךָ?! אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדק איז נישט אזוי, און דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב, און דער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער: "פונקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב, און דו וועסט שרייען טאטע, וועל איך דיר זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר, און דו וועסט שרייען טאטע, וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ר' נתן שרייבט ווייטער: "כַּדְּבָרִים הָאֵלֶּה נִשְׁמַע מִפִּיו הַקָּדוֹשׁ כַּמָּה פְּעָמִים, שֶׁרָמַז לְכָל אֶחָד וְאֶחָד כַּמָּה גְּדוֹלָה הַמַּעֲלָה שֶׁל מִי שֶׁיִּזְכֶּה לָבוֹא עַל קִבְרוֹ הַקָּדוֹשׁ וְהַנּוֹרָא, כִּי בְּוַדַּאי יִשְׁמַע דְּבָרָיו, וְיַעֲזֹר וְיוֹשִׁיעַ לוֹ בְּכָל מַה דְּאֶפְשָׁר", אז דער רבי האט זייער אסאך מאל געשמועסט מיט אונז, און אונז מרמז געווען אז ווען מען וועט קומען צו זיין ציון וועט ער הערן ווי מיר בעטן וכו', און ער וועט אונז העלפן מיט אלעס; דער רבי הערט אויך אן א קול, דער עיקר עס זאל זיין מיט אן אמת.


דערפאר, וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט אויס פועל'ן פאר דיר א שידוך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פט) אז דער צדיק איז דער שדכן; אויך האט דער רבי פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) אז ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט אויבן אין הימל וואס ער זאל טון פאר פרנסה, האט מען אים געענטפערט: "דיין פרנסה איז, אז דו וועסט זיין א שדכן"; דערפאר, ווען מען קומט קיין אומאן דארף מען זען אויס צו ניצן די צייט צו מתפלל זיין ביים ציון, פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#54 - קען איך זיין א ברסלבער, און בלייבן א חסיד פון מיין רבי?
אומאן, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד הגאון הצדיק רבי יואל ראטה שליט"א
קודם כל א גרויסן ייש"כ אויף יעדע דבר חיזוק וואס איך בין זוכה צו הערן פונעם ראש ישיבה, ס'איז ממש מחיה נפשות און ס'איז מורא'דיג שטארק מחזק.
איך וויל פרעגן אויב צו קענען זיין נאנט צום אייבערשטן מוז מען זיין א ברסלבער חסיד און קומען צום ציון פון רבי'ן אויף ראש השנה? אדער קען מען זיין נאנט צום אייבערשטן און זיך מחזק זיין מיט די חיזוקים פון רבי'ן, און מקיים זיין די תקנות פון מוהרא"ש, און בלייבן א חסיד פון מיין רבי (וואס איז נישט ברסלב)?
שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צג): וואס וויל מען פון מיר, פארוואס קריגט מען אויף מיר? ווייל איך וויל נאר איין זאך - אריין ברענגען אין יעדן איינעם תפילה והתבודדות; אז א מענטש זאל רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן און אים פארציילן אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אים, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כְּרוּם זֻלֻּת לִבְנֵי אָדָם – אֵלּוּ דְּבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּבְנֵי־אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", און רש"י זאגט דארט: "וּמַאי נִיהוּ, תְּפִלָּה", אז תפילה איז פון די זאכן וואס איז די העכסטע זאך אויף דער וועלט, אבער מענטשן זענען אין דעם זייער מזלזל, דערפאר - האט דער רבי געזאגט - איז מען מזלזל אין מיר, ווייל איך וויל נאר צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויס געשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש - זאגט דער רבי, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט קריג איך אויך"; דאס הייסט אזוי, מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, און דערפאר, יעדע קלוגע טאטע און מאמע וואלטן נישט געוואלט אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים, און ליידער אין ברסלב אליין זענען דא מענטשן וואס זיי זענען גורם אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק; בפרט די נייע אנשיקעניש פון "נ, נח" וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, און מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט קענען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, און דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע".


דערפאר זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם; דו זיי זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, לערן און דאווען, און יעדע זאך וואס עס גייט אריבער אויף דיר פארצייל פארן אייבערשטן, אזוי וועסטו מצליח זיין. פארשטייט זיך אז דו דארפסט נישט מאכן קיין מחלוקת מיט דיין משפחה, און קיינער דארף נישט וויסן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#53 - פארוואס מאכט מען אזא טראסק פון ראש השנה אין אומאן?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,
איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער איך בין אביסל נאנט צו ספרי ברסלב און איך שעפ פון דעם אסאך חיזוק, במיוחד פון די נקודה זיך נישט צו צוברעכן פון גארנישט, און פון דעם אז איך בין טייער און חשוב אויף אפילו ווען איך בין אין א נידריגן מצב. די נקודה ווערט שטארק אויסגעשמועסט אין די ברסלבע ספרים און דאס גיבט מיר אסאך חיות. אזוי אויך די דברי חיזוק וואס איך בין זוכה אויסצוהערן פון אייך כמעט מדי יום ביומו, וואס דאס גיבט מיר חיות אויף א גאנצן טאג.
איין זאך וואס שטערט מיר אביסל אין ברסלב, איז די נקודה וואס מ'שטייט אויף דעם אז יעדער מוז פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. לויט די ברייטקייט און די ווייט-זען וואס הערשט ביי אייך, די אפנקייט וואס איר האט צו הערן וואס יעדער האט צו זאגן, און צו מקבל זיין אויך דער וואס איז נישט פונקט אין ליין אזוי ווי אייך, לויט דעם וואלט מער געפאסט פאר אייך נישט צו מאכן אן עסק אויב מ'קומט יא אדער נישט קיין אומאן.
איך שעם זיך צו זאגן, אבער דאס רעדן אזויפיל פון אומאן וואלט זיך מער געפאסט פאר אנדערע חצרות, וואס האבן מער ליב צו מאכן א טראסק, און נישט פאר ברסלב.
איך פאר נישט קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל איך האב א אנדערע רבי וואס ביי אים בין איך אויף ראש השנה. מיינט דאס אז מיין גאנצער עבודה איז גארנישט ווערד? מיינט אז איך האב גארנישט מיט רבי נחמן, אפילו איך לערן זיינע ספרים און איך ארבעט אויף דעם וועג?
דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואס איז די גאנצע זאך פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה וכו', דו שרייבסט מיר אז פון איין זייט האסטו התחזקות פונעם הייליגן רבינ'ס ספרים, און דאס איז דיין חיות וכו', און פון די אנדערע זייט פארשטייסטו נישט וואס מען רעדט אזוי סאך פון פארן קיין אומאן.


וויסן זאלסטו אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.


און נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּראשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


דער ברסלבער רב ר' אהרן זכרונו לברכה איז געקומען צום רבי'ן בעפאר דעם לעצטן ראש השנה פאר דער רבי איז אוועק - שנת תקע"א, און ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז אים זייער שווער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל ער קען נישט איבער לאזן זיין קהילה, האט זיך דער רבי אנגערפן און געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תו): "ווי אזוי זאל איך אייך זאגין, קיין גרעסערס דער פון איז ניט פארהאנין, איי אנדערע גוטע יודין זאגין ניט אזוי, איז נאך אקשיא".


דערפאר אז דו שרייבסט מיר אז דיין גאנצע חיות קומט פון רבי'ן, איז וואס שרייבסטו מיט אזא ברייטקייט כאילו פארן אויף אומאן איז א קליינקעפעלדיגע זאך; אז דער רבי האט געהייסן פארן דארף מען פאלגן, צי מען פארשטייט יא צי מען פארשטייט נישט. גלייב מיר, פאר יעדן איינעם איז שווער צו פארן אויף ראש השנה, בפרט פאר א אינגערמאן וואס לאזט איבער א ווייב און קינדער איז עס בכלל נישט קיין גרינגע זאך, אבער א מענטש דארף זיך מאכן א פשוט'ער חשבון: 'אז איך האב געטראפן א רבי וואס איז מיר מחזק, ער שטארקט מיר, ער טוישט מיר, ער מאכט מיר לערנען און דאווענען, ער ווייזט מיר אויף אז איך בין נאך יא ווערד, אז איך האב נאך א תקנה, און ער געבט מיר עצות אויפן טאג טעגליכע לעבן, אז ער הייסט קומען צו אים אויף ראש השנה וועל איך פארן מיט מסירת נפש'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן, אז ווען דער רבי וואלט ווען נישט געהייסן אז מען זאל קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, וואלט ער געווען דער ערשטער נישט צו פארן; ווייל עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו פארן, עס איז שווער ברחניות ובגשמיות וכו', אבער אז דער רבי האט געהייסן קומען דארף מען גיין מיט מסירות נפש.


עס איז נאך נישט געווען זייט בריאות העולם א צדיק וואס זאל צו זאגן מיט צוויי עדות אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן די תיקון הכללי, אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו וועט ער אים א טובה טון, און ביי די פיאות וועט ער אים ארויס שלעפן פון שאול תחתיות; דארף זיך א מענטש מאכן א פשוט'ן חשבון, איך ווייס דאך ביי מיר ווער איך בין, און וואס איך האב אלץ געטון; מענטשן קען מען פאפן, מענטשן קען מען אויסנארן, אבער איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און דא איז דא א רבי וואס האט צוזאגט אז ער וועט א טובה טון, און ער וועט מתקן זיין ווער עס קומט צו זיין ציון, און מען זעט דאס קלאר, אז ווען מען קומט צום רבינ'ס ציון הייבט מען אן צו לעבן מיטן אייבערשטן, מען הייבט אן צו לעבן מיט תשובה, אפילו אזא איינער וואס איז נעבעך איינגעטונקן ביז איבער זיינע אויערן אין עבירות פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, הייבט שוין אויך אן צו האבן הרהרי תשובה, איז וואס איז בכלל דאס וואס דו רעדסט אזוי ברייט אז פארן אויף אומאן איז א צומצום; וויפיל דארפן מיר וויינען צום אייבערשטן אז מיר זאלן פארעכטן אונזערע מעשים וואס מיר האבן אלץ אפגעטון וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.