שאלה אין קורצן ענין
#40 - וואס איז די יסוד פון הצלחה אין א נייע ביזנעס?
פרנסה, דאווענען, ניבול פה, מנין, ברכת המזון, הצלחה, ביזנעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער און איך ליין אלע שיעורים און איך באלעק זיך ממש מיט יעדעס ווארט, יישר כח.


איך האלט יעצט אינמיטן עפענען א נייע ביזנעס, און איך האב געוואלט בעטן אן עצה און א ברכה. וואס איז די יסוד צו הצלחה?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע זאגן וואס צו טון, און ביטע נישט צו שווערע זאכן, ווייל איך וויל עס קענען מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מוהרא"ש זאגט: "ווער עס דאווענט מיט מנין - וועט האבן א דבר שבמנין", ער וועט האבן גרויס שפע.


רעד נישט קיין ניבול פה, רעד איידל צו יעדן איינעם. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צניעות, סימן סד): "הַצְּנִיעוּת מְסֻגָּל לַעֲשִׁירוּת", זיך פירן איידל, רעדן איידל - איז מסוגל פאר עשירות.


זאלסט בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער, דאס איז מסוגל פאר פרנסה.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#39 - מעג מען זאגן תיקון הכללי ביינאכט?
דאווענען, סדר היום, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט מיר אויס גאר שווער צו זאגן תיקון הכללי אינמיטן טאג, האב איך געוואלט פרעגן אויב איך מעג עס זאגן ביינאכט, כאטש וואס עס שטייט אז מען טאר נישט זאגן תהילים ביינאכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א תקנה פאר אלע אנשי שלומינו, מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהלים יעדן אינדערפרי גלייך נאך עלינו לשבח פון תפילת שחרית, ווען מען האט נאך אנגעטון די רבינו תם תפילין; אזוי ווערט דאס א באשטימטע זאך, און מען פארפעלט נישט קיין איין טאג פון זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי. ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט), אז די תיקון הכללי איז מסוגל צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בברית, אויך איז דאס מסוגל פאר א גרינגע פרנסה.


דעריבער זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן די 'תיקון הכללי' גלייך אינדערפרי נאך שחרית, אזוי וועסטו האבן ריינע מוחין. ווייל די תיקון הכללי איז מתקן אלעס, אפילו די זאכן וואס איז שווער אנצוקומען צו זיי, און אז דו ביסט נישט אנגעקומען צו זאגן בייטאג - קענסטו זאגן די תיקון הכללי ביינאכט.


אינטערעסאנט איז, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "עס וועט זיין שווער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, ווייל איך האב דאס געזאגט צו זאגן", (מען זעט דאס קלאר, ווער קען דען נישט זאגן צען קאפיטלעך תהלים... עס איז א גרינגע זאך צו זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים, אבער די תיקון הכללי דאס קומט שוין אן שווער צו זאגן).


וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און איז זוכה צו זאגן יעדן טאג די תיקון הכללי, וועט ער אלעס מתקן זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי מאך איך אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר יא זאגן?
מורה דרך, צדיקים, דאווענען, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן מיט'ן זאגן כסדר ווי אזוי א איד דארף זיך פירן צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן וועגן דאווענען אין צייט. אפשר קען איך עפעס איבערפרעגן? איך פרעג נישט לקנטר, איך דארף נאר וויסן וואס איך האב צו טון אין לעבן.


עס שטייט דארט, "מילא די בעלי מרה שחורה, אבער טייערע אברכים ווי דו", ס'זעט אויס ווי ביידע טוען די זעלבע און פאר איינעם זאגט דער ראש ישיבה שליט"א יא, און פאר איינעם נישט, ווי אזוי קען מען זיין פון די מענטשן ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט יא?


מיין גאנצע קוק איז אז איך זאל נישט זיין פון די וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט שוין נישט וואס מ'האט צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי איז גיין אין שול דאווענען, א איד מוז דאווענען אין צייט, די שפעטסטע צייט איז חצות, נאך חצות איז געענדיגט, מען קען נישט דאווענען נאך חצות. לכתחילה דארף מען דאווענען פאר סוף זמן תפילה, און אז מען איז אן אונס - קען מען דאווענען ביז חצות, בפרט ברסלב'ע חסידים דארפן די ערשטע זאך דאווענען ווייל דער רבי האט געזאגט דאווענען פרי (שיחות הר"ן, סימן לא).


בנוגע וכו'; פאר דער וואס וויל הערן זאגט מען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה עַל אָדָם לוֹמַר דָּבָר הַנִּשְׁמָע, כָּךְ מִצְוָה עַל אָדָם שֶׁלֹּא לוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע", עס איז א מצוה צו זאגן פאר דער וואס וועט אנעמען, און אז מען ווייסט אז דער מענטש וועט נישט אנעמען - זאל מען נישט זאגן. אזוי אויך שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין" וואויל איז דעם מענטש וואס רעדט אויף אויערן וואס הערן; דארף מען אלץ זען מען זאל זיין גרייט צו הערן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - מעג מען מעביר סדרה זיין אדער לערנען חומש ביינאכט?
הלכה, דאווענען, סגולות, מעביר סדרה, סדר היום, חומש רש"י

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג מען מעביר סדרה זיין אדער לערנען חומש ביינאכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חומש אליין - אן רש"י - לערנט מען נישט ביינאכט, דער הייליגער אריז"ל האט מקפיד געווען מען זאל נישט לערנען ביינאכט (שער המצוות, פרשת ואתחנן), אבער מיט רש"י הקדוש קען מען מעביר סדרה זיין אויך ביינאכט.


די בעסטע זאך איז - מעביר סדרה זיין גלייך נאך שחרית, איינגעטיילט לויט די וואך. מענטשן זוכן סגולות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן, בשעת עס איז דא די גרעסטע און הייליגסטע סגולה פון מעביר סדרה זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה - איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


מען טאר זיך נישט נארן, מען דארף לעבן מיט ריאליטעט, אז מען ווארט אויף סוף וואך - פארפאסט מען די מצוה, און אזוי גייען אריבער די וואכן און די יארן אן מעביר סדרה זיין. מען קען זיך פארלאזן אויף די הלכה ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - וואס איז דער ענין זיך מקשר צו זיין צו צדיקים ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, צדיקים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פשט אין דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ביים דאווענען דארף מען זיך מקשר זיין צו צדיקים, וואס מיינט דאס און ווי אזוי ארבעט עס? און וואס איז פשט פון דעם נוסח וואס ברסלב'ע חסידים זאגן פאר'ן דאווענען "הרינו מקשר"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רצו): "בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה, צְרִיכִין לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר", מען דארף זיך ביים דאווענען צובינדן צו די צדיקי הדור, "כַּמּוּבָא בְּסִימָן ב' וּבְסִימָן ט' בְּ"לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן" חֵלֶק רִאשׁוֹן וּבִשְׁאָר מְקוֹמוֹת. עַל כֵּן הִזְהִיר לַאֲנָשָׁיו", דערפאר האט דער רבי אונז אנגעזאגט, "שֶׁיֹּאמְרוּ קֹדֶם הַתְּפִלָּה", מיר זאלן זאגן פאר'ן דאווענען: "הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי לְכָל הַצַּדִּיקִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ".


אביסל דאס צו פארשטיין געבן, וועלן מיר אריינקוקן אין רבינ'ס ווערטער, זען וואס דער רבי זאגט.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', אות ו'): "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְכַוֵּן בִּתְפִילָּתוֹ" יעדער איינער דארף אינזין האבן ביים דאווענען, "שֶׁיְּקַשֵּׁר עַצְמוֹ לַצַּדִּיקִים שֶׁבַּדּוֹר" זיך צוצובינדן צו די צדיקים פונעם דור; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן א צדיק און אים פאלגן אלעס וואס ער זאגט. אזוי ווי מען בינדט צוזאם צוויי זאכן און עס ווערט איינס, אזוי דארף מען זיין איינס מיטן צדיק, און אז מען איז צוגעבינדן צום צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז צוגעבינדן צום אייבערשטן. "כִּי כָּל צַדִּיק שֶׁבַּדּוֹר" ווייל דער צדיק פונעם דור, "הוּא בְּחִינַת משֶׁה - מָשִׁיחַ" איז אזוי ווי משה רבינו און אזוי ווי משיח צדקינו; משה רבינו האט זיין גאנץ לעבן געטון נאר איין זאך, און אזוי אויך משיח צדיקנו וועט טון נאר די איין זאך: 'אריינשיינען אין יעדן איינציגסטן איד אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס און עס איז נישטא גארנישט אויסער אים', משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט א לויטערקייט, יעדער וועט שפירן דעם אייבערשטן און יעדער וועט דאווענען צום אייבערשטן.


דאס טוען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור, זיי האבן אין זיך די זאך פון משה רבינו און די זאך פון משיח צדקינו, זיי ברענגען אריין אין זייערע מענטשן מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל וויסן עס איז דא נאר איין ציל אין לעבן, נאר זיך צוקלעבן צום אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁמָּצִינוּ" אזוי ווי מיר געפינען, "שֶׁהַצַּדִּיקִים קוֹרִין זֶה לָזֶה משֶׁה" אז צדיקים ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'משה', "כְּמוֹ" אזוי ווי מען זעט אין ש"ס (שבת, סוכה, ביצה און חולין) ווען דער תנא אדער אמורא רעדט צו זיין חבר רופט איינער דעם צווייטן: "משֶׁה שַׁפִּיר קָאֲמַרְתְּ" משה, גוט האסטו געזאגט; "וּמשֶׁה זֶה בְּחִינַת מָשִׁיחַ און משה רבינו אליינס איז משיח,"כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (בראשית מט, י): "עַד כִּי יָבֹא שִׁילֹה" ביז ווילאנג משיח וועט קומען, 'שילה' איז 'משיח', און דער הייליגער זוהר זאגט: "דָּא משֶׁה מָשִׁיחַ", דאס מיינט מען משה רבינו וואס ער איז משיח; שילה באטרעפט דריי הונדערט פינף און פערציג, און משיח באטרעפט די זעלבע.


יעצט געבט דער רבי צו פארשטיין פארוואס מען דארף זיך מקשר זיין צום צדיק שבדור ווען מען גייט דאווענען, "וְכָל תְּפִילָּה וּתְפִילָּה שֶׁכָּל אֶחָד מִתְפַּלֵּל" און יעדע איינציגסטע תפילה וואס מען דאווענט צום אייבערשטן, "הוּא בְּחִינַת אֵיבָר מֵהַשְּׁכִינָה" איז נאך א שטיק פון די שכינה, ווייל ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - מאכט מען רוען די שכינה; פון וועם בעט איך? און צו וועם רעד איך? צום אייבערשטן! קומט אויס, ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - ווערט אראפגעברענגט נאך און נאך שכינה, "שֶׁהֵם אֵיבְרֵי הַמִּשְׁכָּן" דאס זענען חלקים פונעם משכן.


ווייל די דריי זאכן: דאווענען, שכינה און משכן - זענען איין זאך; ווען מען דאווענט, מען בעט דעם אייבערשטן - מאכט מען א ליכטיגקייט אויף די וועלט, מען מאכט רוען די שכינה וואס דאס איז די משכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא פקודי, ג): 'הַמִּשְׁכָּן מֵעִיד' די משכון איז עדות, 'שֶׁהַשְּׁכִינָה בְּיִשְׂרָאֵל' אז דער אייבערשטער רוט ביי אידן. און אזוי ווי דער משכן ווערט געבויט פון אסאך שטיקלעך, ברעטער, שטאנגען, זוילן, שוועלן וכו', אויך איז דער משכן געבויט געווארן מיט העקעלעך און פארהענג, נעגל און שטריק, און אויך אלע כלים, די מנורה, די טיש, די ארון - אזוי אויך איז די תפילות וואס אלע אידן דאווענען, יעדער מענטש וואס דאווענט מאכט נאך א שטיקל פארן משכן; איינער מאכט מיט זיינע תפילות די ברעטער, א צווייטער מאכט מיט די תפילות די שוועלן, ביז עס ווערט א משכן, ווייל יעדער איד האט זיין וועג ווי אזוי ער מאכט רוען די שכינה, און פון אלע תפילות ווערט ליכטיג, מען מאכט רוען דעם אייבערשטן דא אויף די וועלט.


"שֶׁאֵין שׁוּם אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל" און אז מען נעמט צאם אינאיינעם אלע תפילות פון אלע אידן - איז נישטא קיינער וואס קען - "לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא כָּל חַד לְדוּכְתֵּיהּ" צאמנעמען יעדן איינעמס תפילה, "אֶלָּא משֶׁה בִּלְחוּד" נאר משה רבינו. "בִּשְׁבִיל זֶה" דעריבער, "צָרִיךְ לְהָבִיא וּלְקַשֵּׁר כָּל הַתְּפִילּוֹת לְצַדִּיק הַדּוֹר" דארף מען זיך צובינדן צום צדיק הדור, וואס ער טראגט ארויף אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם א קרוין פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שמות לט, לג): "וַיָּבִיאוּ אֶת הַמִּשְׁכָּן אֶל משֶׁה" זיי האבן געברענגט די משכן צו משה, "וְהוּא יוֹדֵעַ לְאַעֲלָא שַׁיְפָא בְּשַׁיְפָא" וואס משה רבינו ווייסט ווי אזוי מען שטעלט אויף אינאיינעם אלע שטיקלעך משכן, "וְלַעֲשׂוֹת אוֹתָהּ קוֹמָה שְׁלֵמָה" און דאס מאכן פאר איין גרויסער געשטעל, אזוי אויך נעמט משה רבינו אלע תפילות פון אלע אידן און מאכט פון דעם שיינע קרוינען פארן אייבערשטן. "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב" אזוי ווי עס שטייט (שם מ, יח): "וַיָּקֶם משֶׁה אֶת הַמִּשְׁכָּן" משה רבינו האט אויפגעשטעלט די משכן; נאר דער צדיק, ער קען אויפהייבן אלע תפילות פון אידישע קינדער און דאס ארויפטראגן צום ריכטיגן פלאץ.


דערפאר האט דער רבי געזאגט, איידער מען גייט דאווענען זאל מען זיך מקשר זיין צו די צדיקי הדור. דאס איז די נוסח וואס אנשי שלומינו זאגן איידער מען דאווענט אדער מען טוט א מצוה:


"הֲרֵינִי מְקַשֵּׁר עַצְמִי בִּתְפִלָּתִי לְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שֶׁבְּדוֹרֵנוּ, וּלְכָל הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִים שׁוֹכְנֵי עָפָר, קְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וּבִפְרָט לְרַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ, צַדִּיק יְסוֹד עוֹלָם, נַחַל נוֹבֵעַ מְקוֹר חָכְמָה, רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פַיְגֶא, זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ".


און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות העושה שליח לגבות את חובו הלכה ב, אות ד) מען זאל זיך אויך מקשר זיין צום צדיק פאר מען טוט א מצוה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - וואס טוט מען ווען דער מאן ארבעט צופרי פאר'ן דאווענען?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער אנטוישט פון מיין מאן, ער שטייט אויף שפעט, און עס אינטערעסירט אים נישט דאס דאווענען בכלל. ער שטייט אויף צען אזייגער, טרינקט קאווע מיט מזונות, דערנאך עפנט ער זיין קאמפיוטער צו קוקן וואס טוט זיך אין באנק, מאכט די חשבונות און רופט דעם און יענעם, און ערשט דערנאך, ווען מיין נשמה איז שוין ארויסגעפלויגן פון צער, גייט ער ערשט דאווענען.


אין מיינע עלטערנ'ס הויז פלעג איך אלץ זען פונקט א פארקערטע ביישפיל, מיין טאטע האט אונז אלץ געזאגט אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען, ער האט קיינמאל נישט געעפנט א קאמפיוטער פאר'ן דאווענען.


עס איז מיר זייער שווער, איך האב מורא אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי באקומען א שלעכטע ביישפיל ווי אזוי זיך אויפצופירן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין מאן, איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע אים צו זאגן וואס ער האט צו טון, איך פרוביר אים מכבד צו זיין, אבער די זאך איז מיר זייער שווער, עס מאכט מיר זייער אנגעצויגן און טרויעריג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי אייך אין שטוב, לאזט אים נישט צעברעכן אייער שלום בית. דער סמ"ך מ"ם האט אסאך וועגן ווי אזוי אריינצוקומען אין א שטוב, ער קען זיך זייער גוט פארשטעלן מיט א פרומע קלייד, אלעס נאר צו צעברעכן די שטוב. אמאל קומט ער צום מאן ער זאל קוקן שלעכט אויף די ווייב, אז זי פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף, און אמאל קומט ער צו די ווייב זי זאל קוקן שלעכט אויפ'ן מאן; אלעס איז מיט'ן ציל צו צעברעכן די שטוב.


איך בעט אייך לאזט אפ, זוכט נישט קיין שלעכטס אין אייער מאן; לאזט אים לעבן. זוכט גוטס, זוכט מעלות; ווי מער מעלות איר וועט טרעפן אין אים - וועט איר זען ווי ער וועט ווערן מער און מער שענער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען זוכט גוטס אין יענעם, פלוצלונג ווערט יענער איין שטיק גוטס.


דאס וואס אייער טאטע פלעגט זאגן אז עס איז נישטא קיין ברכה אין זאכן וואס מען טוט פאר'ן דאווענען - איז וואר, אבער נאך ערגער איז ווען די ווייב קוקט שלעכט אויף איר מאן; אז מען קוקט שלעכט אויפ'ן מאן און ער ווערט בעצבות - איז נישטא קיין ברכה אין גארנישט, קוקן שלעכט אויפ'ן מאן איז די ערגסטע זאך.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה ווי אזוי צו לעבן בזה העולם א חיים טובים: "התבודדות ותפילה"; א מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטער פריינט, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים דערציילן די גאנצע הארץ. טוט די עצה, דערציילט פאר'ן אייבערשטן וואס שטערט אייך, און בעטס דעם אייבערשטן סיי עס זאל אייך נישט שטערן די זאכן, און בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער. דער הייליגער חפץ חיים האט גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#31 - ווי אזוי שטארק מען זיך ווען מ'מוטשעט זיך מיט'ן אנהויבן א ביזנעס?
התחזקות, שלום בית, פרנסה, דאווענען, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


מיין מאן זאל זיין געזונט איז זייער פארנומען מיט א נייע ביזנעס וואס ער האט לעצטנס געעפנט, ער פילט ווי דאס רויבט אים אוועק זיין רוחניות און גשמיות, די צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און אזוי ווייטער נעמט מען דאס צו ממש אלעס אין לעבן. ער האט אזוי חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין די גאנצע זאך, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט צוריקציען, אבער יעצט איז ער שוין שטעקן געבליבן מיט א געשעפט וואס האט קוים אנגעהויבן זיך רירן, און מיט אסאך גרויסע חובות.


די ביזנעס האט א גרויסע מעגליכקייט שטארק מצליח זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער דערווייל גייט עס זייער שווער. מיט וואס קענען מיר זיך מחזק זיין?


ביטע ענטפערט אונז ווי שנעלער ווייל מיר דארפן קריטיש אביסל חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די נייע ביזנעס. אז מען עפנט א ביזנעס מוז עס זיין מיט'ן אייבערשטן, נאר אזוי איז מען מצליח.


אינדערפרי איידער מען גייט אריין אין די ביזנעס דארף מען גיין אין שול דאווענען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין, אזוי אויך זאל ער האבן א צדקה פושקע ביי די ארבעט און אריינלייגן שטענדיג פרוטות און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין הצלחה, אזוי אויך בשעת מען איז פארנומען מיט די ביזנעס - זאל מען זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס זאל מצליח זיין; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


זייט מחזק אייער מאן; מוטיגט אים, שטארקט אים, מאכט אים פרייליך - וועט ער מצליח זיין.


מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פון (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; שמחה ברענגט גרויס עשירות.


פארלירט אייך נישט, וועט איר מצליח זיין.

#30 - פארוואס לערנען די ליטווישע פלייסיגער פון די חסידישע?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי. איך דריי זיך אסאך מאל אין א גרויסע ליטווישע ישיבה צוליב מיין ארבעט, און איך זע ווי אזוי זיי לערנען שעות אויף שעות מיט א מורא'דיגע חביבות התורה, וואס איך האב קיינמאל נישט געזען פארדעם. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אזא חשק צו לערנען, וואס מ'זעט נישט ביי די חסידישע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז ווייל ביי זיי האט מען געלייגט מער געוויכט אויף לערנען ווי ביי חסידים; ביי חסידים האט מען געלייגט מער דגוש אויף דאווענען און ביי די ליטווישע האט מען געלייגט מער דגוש אויף לימוד התורה, דעריבער זעט מען ביי זיי מער התמדה אין תורה; נישט אז חסידים לערנען נישט, חסידים לערנען זייער פלייסיג, אבער דארט זעט מען א שטארקע התמדה וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "איך וועל נעמען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, איך וועל פועל'ן ביי מיינע לייט זאלן האבן די מעלות פון ביידע"; דער רבי האט גערעדט סיי פון דאס גרויסקייט פון תורה און סיי פון דאס גרויסקייט פון תפילה, דאס זעט מען טאקע ביי ברסלב'ער חסידים, יעדער איינער האט שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדה, שטענדיג האלט מען מיט זיך א ספר; אדער א חומש, אדער א משניות, אדער א תהלים און ווען מען האט נאר אפאר איבריגע מינוט כאפט מען אריין לערנען, מען פרובירט צו פאלגן דעם רבי'ן כאטשיג צו ענדיגן איין מאל אין לעבן וואס דער רבי האט געוואלט מיר זאלן ענדיגן אין איין יאר.


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן עו): "פַּעַם אֶחָד חָשַׁב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק", דער רבי האט אונז אויסגערעכנט וויפיל מיר דארפן לערנען און ענדיגן יעדעס יאר, אזויפיל שיעורים - אז עס איז נישטא קיין צייט אין טאג אזויפיל צו לערנען, "דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָראֹ"שׁ", ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס מיט רי"ף און רא"ש, "וְאַרְבָּעָה שׁוּלְחָן עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים", ענדיגן יעדעס יאר אלע פיר חלקים שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים, "וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם", און אלע מדרשים, "וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ", און גאנץ זוהר מיט תיקוני זהר, "וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אלע ספרים פון הייליגן אריז"ל, "גַם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען לערנען אביסל עיון יעדן טאג, אבער אלע אנדערע שיעורים זאל מען לערנען שנעל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


א פרייליכן יום טוב.

#29 - וואס טוט מען מיט'ן דאווענען, ווען מ'שטייט אויף שפעט?
דאווענען, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיר מחי' מיט די שיעורים און בריוו. איך זע אז איר רעדט זייער שטארק פון דאווענען שחרית פאר חצות, ווי איך פארשטיי פון אייך איז אז נאך חצות מעג מען שוין נישט דאווענען. איך שטיי אסאך מאל אויף נאך חצות, וויל איך וויסן אויב איז עס טאקע אזוי אז מען טאר שוין נישט דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז שחרית, מנחה, מעריב - דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט, אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מוהרא"ש האט זייער אסאך גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל.


די הייליגע חכמים האבן אונז אוועקגעשטעלט צייטן ווען צו דאווענען די דריי תפילות, פון ווען מען קען דאווענען די דריי תפילות און ביז ווען מען קען זיי דאווענען; תפילת שחרית קען מען דאווענען שפעטסטנס ביז חצות, נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז א ברכה לבטלה.


ווען גייסטו שלאפן? גיי שלאפן צייטליך - וועסטו אויפשטיין אין צייט, אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו קודם גיין דאווענען; נישטא אזא זאך אויפשטיין נאך חצות, א איד דארף דאווענען אינדערפרי, און אז מען איז מיד קען מען זיך צוריק לייגן שלאפן נאכן דאווענען.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די דריי תפילות, דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט מנין - וועסטו זוכה זיין צו השגחה, דער אייבערשטער וועט דיר געבן אלעס וואס דו באגערסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אָמַר רַבִּי יִצְחָק: "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת", ווער עס קומט אין שול יעדן טאג, "וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד", און ער פארפעלט איין טאג צו קומען דאווענען, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", פרעגט דער אייבערשטער: "וואו איז דער מענטש? פארוואס איז ער נישט דא?" אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, י): מִי בָכֶם יְרֵא ה' שֹׁמֵעַ בְּקוֹל עַבְדּוֹ אֲשֶׁר הָלַךְ חֲשֵׁכִים וְאֵין נֹגַהּ לוֹ, יִבְטַח בְּשֵׁם ה' וְיִשָּׁעֵן בֵּאלֹקָיו, "אִם לִדְבַר מִצְוָה הָלַךְ", אויב איז ער פארנומען מיט א מצוה - "נֹגַהּ לוֹ", וועט אים ליכטיג ווערן, "וְאִם לִדְבַר הָרְשׁוּת הָלַךְ", און אויב איז ער נישט געקומען אין שול דאווענען ווייל ער איז פארנומען מיט זייטיגע זאכן - "אֵין נֹגַהּ לוֹ", וועט ער בלייבן אין פינסטערניש, ער וועט נישט מצליח זיין, "יִבְטַח בְּשֵׁם ה'", פארוואס? "מִשּׁוּם דְּהֲוָה לֵיהּ לִבְטוֹחַ בְּשֵׁם ה' וְלֹא בָּטַח", ווייל ער וואלט ווען געדארפט קומען אין שול און זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - לייגן תפילין דרבינו תם נאך די שקיעה?
דאווענען, סדר היום, ישוב הדעת, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען קען לייגן לכתחילה תפילין דרבינו תם נאך די שקיעה פון די גאונים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט לייגן רבינו תם תפילין אינאיינעם מיט רש"י; גלייך ביים אויסטון תפילין פון רש"י, גלייך אן קיין הפסק - זאלסטו אנטון תפילין פון רבינו תם; מאך נישט די צעדרייטע מעשיות וואס די עובדים, די פליטעס - מאכן.


גלייך נאך קדיש תתקבל זאלסטו אויסטון די תפילין פון רש"י און אנטון רבינו תם תפילין, ענדיג דאס דאווענען ביז נאך עלינו לשבח, און נאך עלינו זאלסטו זאגן די תיקון הכללי, און זאג די פיר פרשיות און לערן הלכה. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ספר קבלת פני השכינה): "ולכן נהגו אנשי שלומינו שתיכף ומיד אחר התפילה, קודם שחולצים את התפילין דרבינו תם - לומדים שיעור פשוט בשלחן ערוך מחבר רמ"א כסדרן בכל יום, מעט או הרבה, כפי מסת הפנאי, וכך מקיימים ומשלימים את רצון רבינו, הן שהקפיד להניח תפילין דרבינו תם בכל יום, והן שהקפיד שילמדו שלחן ערוך בכל יום", עיין שם.


די זאך פון לויפן אנטון תפילין ביי די שקיעה וואס מען זעט ביי די פליטעס - וועסטו נישט זען צווישן תלמידי היכל הקודש.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זאל א פרוי ענדערש דאווענען שמונה עשרה, אדער אייגענע תפלות?
חיזוק פאר פרויען, דאווענען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק, וואס האבן שטארק געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך קום פון די 'היילינג' וועלט, פון ארומלויפן צו אלע וואס זאגן אז זיי קענען היילן, אבער זיי האבן מיר געפירט אויף זייער א שלעכטע וועג, און יעצט פרוביר איך צו פאררעכטן די שאדן דורך די חיזוק וואס איך באקום דא ביים הייליגן רבי'ן.


מיין שאלה איז וועגן מיין דאווענען אינדערפרי, נאכ'ן זאגן ברכות השחר און קריאת שמע, האב איך נאך א 10-15 מינוט ביז ווען איך דארף גיין צו די ארבעט, איז ענדערש צו זאגן דעמאלט אן אייגענע פערזענליכע תפלה אויף אידיש צום אייבערשטן, אים צו בעטן אלעס וואס איך דארף, איך ליין דאס פון א צעטל וואס איך האב זיך פארגעשריבן, און דאס ברענגט אריין אין מיר א רואיגקייט וויסנדיג אז איך האב זיך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; אדער איז ענדערש צו דאווענען א פארקורצערטער שחרית, דאס הייסט אביסל פון פסוקי דזמרא און שמונה עשרה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך זייער מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, די חיזוק וואס דער רבי געבט אונז שטארקט אונז מיר זאלן קענען אלעס אריבערגיין.


יעדן אינדערפרי ווען איר ענדיגט ברכות השחר מיט קריאת שמע און איר האט נאך א צען פופצן מינוט פאר איר גייט צו די ארבעט, זאלט איר אפאר מינוט רעדן צום אייבערשטן. נעמט א צעטל און שרייבט אראפ אלעס וואס איר דארפט, אלע אייערע בקשות, אלע געברויכן, און דאס זאלט איר יעדן טאג דורכשמועסן מיטן אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך. דאס איז די העכסטע זאך וואס קען נאר זיין, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "התבודדות הוא מעלה עליונה וגדולה מן הכל", דאס רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך - איז די העכסטע און גרעסטע זאך, העכער פון אלעס; דאס איז וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט, מען זאל שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד, און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - א פרישע קבלה לכבוד די געבורטסטאג?
כיבוד אב ואם, דאווענען, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל זיך פארנעמען לכבוד מיין 24'סטע געבורטסטאג וואס גייט זיין ... מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


פאריגע יאר האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געזאגט איך זאל זיך מקבל זיין צו רופן מיינע עלטערן יעדן טאג, ש'כח אייבערשטער אז איך האב דאס מקיים געווען כמעט יעדן טאג, וויל איך יעצט פרעגן וואס איך זאל זיך מקבל זיין דאס יאר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח און סייעתא דשמיא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט מקיים די מצוה פון כיבוד אב ואם, דו רופסט דיינע עלטערן יעדן טאג. ביים אייבערשטן איז זייער חשוב די מצוה פון כיבוד אב ואם, דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין דעם אייבערשטן.


לכבוד דיין פיר און צוואנציגסטע געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין צו טון וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין צעטל קטן (סעיף יא): "בחזרת הש"ץ השמונה עשרה", ווען דער בעל תפילה גייט איבער די שמונה עשרה, "יעיין בסידור", זאל מען אריינקוקן אין סידור; זיי זיך מקבל ביי הויכע שמונה עשרה אריינצוקוקן אין סידור.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס זיך פארנעמען לכבוד מיין יום הולדת?
דאווענען, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


היינט איז מיין יום הולדת, איך ווער 23 יאר אלט, איך האב געוואלט פרעגן וועלכע גוטע זאך איך זאל זיך פארנעמען לכבוד מיין יום הולדת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטס טאג נישט צו רעדן ביי קדיש, ביי קריאת התורה און ביי הויכע שמונה עשרה. אין אנהויב וועט דיר דאס זיין שווער, אבער נאך א קורצע צייט וועסטו שפירן ביים דאווענען אין שול א זיסע טעם, און די תפילות וואס דו בעטסט וועלן נתקבל ווערן.



איך ווינטש דיר לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון דיינע קינדער.

#24 - זיך אפשטעלן צווישן די ווערטער פון קריאת שמע?
דאווענען, נסיונות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די גוטע חדר, און יישר כח פאר אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען דארף זיך אפשטעלן ביי קריאת שמע ווען עס איז דא א פסיק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט זיך צוגעוואוינען פון יונגערהייט צו זאגן די ווערטער פון קריאת שמע קלאר און שטייט, נישט צאמכאפן די אותיות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טו:): "כל הקורא קריאת שמע", דער וואס ליינט קריאת שמע, "ומדקדק באותיותיה", און ער זאגט קלאר די אותיות, "מצננין לו גיהנום", קילט מען אים אפ די גיהנום.


מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, קריאת שמע): "ועיקר הגיהנום הוא", דער עיקר גיהנום איז, "כשבוער בו יצר הרע של נאוף", ווען עס ברענט אינעם מענטש צו טון עבירות, "ויצר הרע של כפירות ואפיקורסות", און די יצר הרע פון אוועק גיין פונעם אייבערשטן, און דורך ליינען קריאת שמע שטייט און קלאר – איז מען מבטל די יצר הרע, דעריבער זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו), אז ווען די יצר הרע איז זיך מתגבר זאל מען ליינען קריאת שמע און אויך וויינען ביי די ערשטע פסוק, ווייל קריאת שמע איז מבטל די יצר הרע.

#23 - מעג מען דאווענען נאך חצות?
דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון דריי און צוואנציג יאר, איך הער אויס אלע שיעורים, איך בין זיך מחי' די שיעורים און עס געבט מיר כח אנצוגיין אין לעבן, יישר כח


אויב שטיי איך אויף נאך חצות, זאל איך דאווענען די גאנצע דאווענען פון אנהויב ביז'ן סוף, אדער נאר א חלק? איך האב געהערט ביי א שיעור אז אפילו מען איז אויפגעשטאנען נאך חצות זאל מען גיין אין שול און דאווענען פון אנהויב ביז'ן סוף, אבער פון די אנדערע זייט האב איך געהערט אז עס קען זיין א ברכה לבטלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז קלאר די הלכה אין שלחן ערוך אז מען קען דאווענען נאר ביז חצות, נאך חצות איז דאס "מעוות לא יכול לתקן", נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית. אויב איז מען געווען אן אונס דאווענט מען צוויי מאל מנחה, די ערשטע מאל איז פאר מנחה און די צווייטע מאל איז פאר שחרית, און אויב מען איז געווען א מזיד קען מען נישט משלים זיין.


שטופ נישט אפ דאס דאווענען, דאס ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו לויפן אין שול דאווענען. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "דאווענען איז אזוי גרויס אז מען טאר דאס נישט אפשטופן אויף שפעטער, און אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער - ווער ווייסט צי מען וועט בכלל דאווענען".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - פארוואס פאל איך אלץ טיפער און טיפער?
קדושה, רפואה, קאמפיוטער, מאוויס, דאווענען, תשובה, עצבות, שמירת עינים, פחדים, עבודת השם, משניות, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח אויף אלע שיעורים און חיזוק יומי וואס איך האלט מיט כסדר, איך האב ברוך ה' חתונה געהאט.


אבער לעצטנס, און מיט 'לעצטנס' מיין איך שוין אפאר חדשים, באנוץ איך זיך מיט א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין פילטער, און ליידער ליידער קוק איך דארטן שמוץ פון די נידעריגסטע וואס ס'איז פארהאן, איך שעם זיך אפילו דאס אראפצושרייבן, אבער פאר א דאקטער שעמט מען זיך נישט פון גארנישט, ממילא שרייב איך יא.


דאס איז איין זאך, אויסער דעם גיי איך לעצטנס אריבער גאר א שווערע נסיון וואס איך פרוביר זיך ארויסצורייסן פון דעם און עס גייט מיר נישט; איך דארף לויפן אינדערפרי צו די ארבעט אבער איך שטיי אויף שפעט כמעט טאג טעגליך, און איך לויף אהין אן צו דאווענען. איך האב זיך געטראפן אז שוין אסאך צייט האב איך נישט געלייגט קיין תפילין, איך שעם זיך פאר מיר אליין, אבער איך מוז דאס שרייבן ווייל איך דארף א רפואה פאר דעם.


און אזוי גיי איך ווייטער טיפער אראפ, איך האב שוין אויך אויפגעהערט דאווענען מנחה און מעריב, איך האב פשוט נישט קיין נערווען צו שטיין אין שול און דאווענען, ס'טוט מיר זייער זייער וויי אבער אפילו איך געדענק אז איך דארף דאווענען האב איך נישט קיין כח אין יענע מינוט צו גיין דאווענען, און נעכטן האב איך שוין אפילו דערלייגט א טאג אין ספירת העומר.


מיין ווייב ווייסט נישט פון די גאנצע געשיכטע, זי מיינט אז איך בין א צדיק וואס דאוונט און לערנט און איז אפגעהיטן, אבער איך ווייס דאך יא דעם אמת און איך וויין פאר דעם.


איך בעט זייער דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן א קלארע תשובה וואס איך זאל טון, ווייל איך קען זיך שוין נישט קיין עצה געבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די צוויי שאלות זענען אנגעהאנגען איינע אין די אנדערע; דאס אז דו קוקסט עבירות רחמנא לצלן - דאס איז וואס נעמט אוועק פון דיר די חשק פון דאווענען און לערנען, און דאס וואס דו דאווענסט נישט און לערנסט נישט, ממילא האסטו נישט די כוחות זיך צו שטארקן אויף די נסיון פון קוקן עבירות.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז קוקן עבירות נעמט אוועק פונעם מענטש - נישט נאר זיין אידישקייט, נאר מען ווערט ביים סוף א טאטאלער משוגע'נער, די אלע וואס קוקן ניאוף דארפן נעמען פאר זייער נפש שווערע מעדעצין, די נפש ווערט זיי צעריסן, מען הייבט אן ליידן אויף ענקזייעטי (חרדות), מען לייידט פון דמיונות און פון דעפרעסיע. ווייל דורך פגם הברית רחמנא לצלן פארלירט מען די מח, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו), אלע משוגעים ווערן משוגע פון ניאוף; מען דארף זיין אויף שווערע מעדעצין השם ישמרינו.


קוק וואו דו ביסט אנגעקומען, ביז נישט אנטון די הייליגע תפילין; אלעס פון די קאמפיוטער השם ישמרינו. דאס קוקן מאוויס איז אזוי שלעכט, מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די געפיל צו דאווענען, די געפיל צו טאטע מאמע, צו די ווייב און קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם בברית, דער וואס קוקט ניאוף רחמנא לצלן "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון ביטערע וואסער. דאס קוקן עבירות מאכט דעפרעסט און צעבראכן. דער רבי זאגט (שם): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


ווארף אוועק די קאמפיוטער, גיי נישט דארט מער, וועסטו צוריק ווערן זיך. יעצט ביסטו נישט זיך, ביסט פארכאפט ביי די קליפות, יעצט ביסטו ביי די שדים, אז דו וועסט אוועק די מאוויס און תשובה טון - וועסטו אנהויבן שפירן א זיסע טעם אין דאווענען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס.


יעצט ווען דו ביסט נעבעך אזוי פארכאפט אין די מאוויס, האט דער רבי פאר דיר איין עצה, זאלסט נעמען א משניות און גורס זיין אכצן פרקים יעדן טאג, דארפסט נישט דוקא פארשטיין, דער עיקר איז דאס זאגן; בפרט די וואס זענען נעבעך געפאלן אין קוקן עבירות - די האבן נישט קיין מוחין, די מח ווערט אויסגעברענט פון די עבירה השם ישמרינו, איז דער עיקר תיקון זאגן ווערטער פון תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


וועסטו טראכטן, אפשר קען מען טאקע פאררעכטן מענטשן וואס האבן געטון עבירות, אבער די עבירות פון פגם הברית וואס איז אזוי געפערליך אז מען קען זיי נישט מתקן זיין, און "כָּל בָּאֶיהָ", די וואס פאלן אין די עבירות – "לֹא יְשׁוּבוּן" קענען נישט תשובה טון (משלי ב, יט), זאלסטו וויסן אז דעמאלט ווען דער רבי האט געזאגט די שמועס, אז דורך זאגן משניות קען מען ארויסקריכן פון בלאטע, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "אויב מען קען אויך העלפן איינעם וואס איז געפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן", האט דער רבי אויף אים געשריגן: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


עס איז דא נאך עצות, אבער ערשט זאלסטו אנהויבן מיט די עצה, זאלסט זיין זייער שטארק אין דעם, נישט פארפעלן א טאג אן לערנען משניות, און אוועק ווארפן די טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, וועסטו זען ווי דו באקומסט צוריק די געפיל צום דאווענען און צו זיין א איד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מעג מען רעדן צום אייבערשטן ביי שמע קולינו?
תפילה והתבודדות, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך קום אן ביי שמונה עשרה צו די ברכה פון שמע קולינו, מעג מען דעמאלט בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אדער דארף מען עס נאר טראכטן?


איך טרעפ זיך ביי שמע קולינו ווי מיינע ליפן שאקלען זיך ביים בעטן זאכן פונעם אייבערשטן דעמאלט, איך ווייס אז ווען מען רעדט צום אייבערשטן סתם אזוי אינמיטן טאג קען מען רעדן אויף יעדע שפראך, איך וויל נאר וויסן אויב ביי שמונה עשרה איז אנדערש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטייט קלאר אין הלכה (שלחן ערוך אורח חיים סימן קיט, סעיף א), אז מען מעג בעטן דעם אייבערשטן אייגענע תפילות און בקשות אויף די אייגענע שפראך ביי שמונה עשרה ביי די ברכה פון שמע קולינו, און אזוי האבן זיך געפירט די הייליגע צדיקים, זיי האבן צוגעלייגט אייגענע תפילות ובקשות ביים דאווענען, און זיכער ביי די ברכה פון שמע קולינו; דארט קען מען בעטן אויף וואס מען דארף און בעיקר ביים סוף שמונה עשרה ביי אלוקי נצור, דארט קען מען זיך גוט אויסבעטן ביים אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - אויסזאגן פאר'ן מלמד אז קינדער לאזן אויס ביים דאווענען?
דאווענען, יונגע יארן, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון ווען אנדערע קינדער אין מיין קלאס לאזן אויס שטיקלעך פונעם דאווענען ווען דער רבי זעט נישט? זאל איך אויך אויסלאזן די שטיקלעך צוזאמען מיט זיי, אדער זאל איך געהעריג דאווענען אלעס אין די רייע, און נאכדעם וועט דער רבי מיר אנשרייען פארוואס איך דאווען נישט צוזאמען מיט יעדן איינעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט ערליך און אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים. לאז נישט אויס פונעם דאווענען, עס איז גארנישט שלעכט אז דו דאווענסט שטייטער פון די אנדערע קינדער; דו גיי דיין וועג, קוק נישט אויף אנדערע; אזוי וועסטו זייער מצליח זיין.


שטארק זיך מיט דאווענען און לערנען, ווייל וויסן זאלסטו אז די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן, "עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", איז חשוב'ער פון עטליכע יאר עבודת השם אויף דער עלטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


זאג גארנישט פארן מלמד וועגן אנדערע קינדער, זוך נישט מען זאל זיך נעמען אויף דיר, דאווען און לערן און טשעפע קיינעם נישט. בעט דיין טאטע זאל רעדן מיט דיין מלמד, און אים זאגן אז דו קענסט נישט דאווענען שנעל, עס נעמט דיר לענגער, און וואס דער מלמד וועט זאגן - דאס זאלסטו טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס איז די ריכטיגע נוסח צו דאווענען מיט די קינדער?
חינוך הילדים, דאווענען, חדר, נוסח, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער די נוסח התפלה מיט די קינדער, ווען איך דאווען מיט די קינדער אין חדר, ביי "לעולם יהא אדם", זאל מען זאגן "בסתר ובגלוי", אדער "בסתר כבגלוי"? און ביי "אהבת עולם" זאגט מען "עול הגוים ועול הגליות מעל צוארינו" אדער זאגט מען עס נישט? ביים בענטשן ברכת המזון, ביי "רחם נא", זאגט מען "שלא נבוש ולא נכשל", אדער זאגט מען נישט "נכשל"? ביי מנחה ביי קרבנות זאגט מען די "יהי רצון" צווישן די ערשטע און צוויי "וידבר", אדער נישט?


היינט האב איך געהערט צוויי שיעורי חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס האט מיר זייער מחזק געווען, איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע מתנות וואס איך האב זוכה געווען צו באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א. פארגאנגענע וואך אום זאת חנוכה בין איך געווען מיט די קינדער ביי קברי צדיקים און איך האב מתפלל געווען דארט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; אלע תורה ותפילה וואס די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן דאווענען און לערנען, און אויך זייערע דורות - וועט דער מלמד באקומען שכר לנצח נצחים.


בנוגע נוסח וכו'; דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ער מישט זיך נישט אין נוסחאות, נאר יעדער איינער זאל דאווענען ווי אזוי מען האט מקובל פון די עלטערן. נאר איין ווארט האט דער רבי געזאגט מען זאל זאגן, "מלך יחיד חי העולמים", נישט "מלך יחיד 'קל' חי העולמים", ווייל אזוי ווי מען הויבט אן פסוקי דזמרה, ביי די ברכה פון ברוך שאמר, מיט די ווערטער 'חי העולמים', דארף מען אויך מסיים זיין פסוקי דזמרה מיט די ווערטער מלך יחיד חי העולמים; אנדערע זאכן האט דער רבי זיך נישט געמישט, נאר יעדער דאווענט לויט זיין נוסח.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו לערנען און דאווענען און צו טון די מצוות, דאס קען מען נאר טון אז מען איז פרייליך, א מלמד מוז זיין זייער פרייליך, עס מוז זיך שפירן אין כיתה א פרייליכע לופט. אוודאי דארף זיין דרך ארץ; מען לערנט אויס די קינדער אז מען דארף זיך פירן מיט דרך ארץ, מען קען נישט רעדן, מען מוז פאלגן, אבער עס מוז זיין א פרייליכע לופט, א געשמאקע אטמאספער, נאר אזוי קען מען פועל'ן ביי די קינדער זיי זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן זייער גאנץ לעבן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווי אזוי רעכנט מען אויס די ווערטער אין סידור?
דאווענען, פירושים, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן די סידור "עת רצון", די פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן סידור, איך וויל פארשטיין וואס מוהרא"ש שרייבט דארט ביי ברכת התורה, "ואחר כך באמרך ברכת 'והערב נא'", נאכדעם, ווען דו זאגסט די ברכה פון והערב נא, "תכון שיש בברכה זו ל"ב תבות כנגד ל"ב שבילין שבחכמה העליונה" וכן התורה נדרשת בל"ב מידות", זאל מען אינזין האבן אז די ברכה האט צוויי און דרייסיג ווערטער און אויף וואס דאס איז מרמז, וויל איך פרעגן ווי אזוי רעכנט מען אויס אנצוקומען צו די מספר צוויי און דרייסיג, לויט די נוסח וואס איז אין די סידור עת רצון קומט אויס די חשבון צו פיר און דרייסיג ווערטער.


אויך ביי מזמור לתודה זאגט מוהרא"ש, "ויש במזמור זה מ"ג תיבות", אז די קאפיטל האט דריי און פערציג ווערטער, אבער ביים סוף פירט מוהרא"ש אויס, "וכן יש במזמור זה מ"א תיבות", אז די קאפיטל האט איין און פערציג ווערטער, וויל איך פרעגן ווי אזוי מען רעכנט דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ווערטער ביי ברכות התורה, אז די ברכה האט ל"ב ווערטער וכו' - איז געבויט אויף א שטיקל פון ספר שלחן הטהור פון הייליגן קאמארנער זכותו יגן עלינו, וואס זאגט (סימן מז, סעיף ב'), אז מען נעמט ארויס די ווערטער 'וצאצאי צאצאינו', אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (תחילת סימן מז), און ער זאגט: "ויש בברכה זאת ל"ב תיבות כנגד ל"ב שבילים שבחכמה, שהתורה נדרשת בל"ב מידות".


קאפיטל מזמור לתודה האט דריי און פערציג ווערטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), אז ווען מען זאגט די מזמור איז דאס א סגולה צו פארשניידן די קליפות וואס לאזן נישט געבוירן; די קליפה וואס מאכט קישוי לילד איז דריי און פערציג, זיי זאגן: "גם לי גם לך לא יהיה", ג"ם איז דריי און פערציג, און דערפאר זאגט מען דעם מזמור ביי פסוקי דזמרא, ווייל ביי פסוקי דזמרא איז אויך א בחינה פון געבוירן, די מוחין ווערן געבוירן.


דאס וואס מוהרא"ש פירט אויס אז די מזמור האט איין אין פערציג ווערטער - איז א שטיקל פון עמדין סידור, וואס זאגט אז מען רעכנט נישט די ערשטע צוויי ווערטער, "שהם רק הודעת הנושא", ווייל דאס זאגט נאר פון וואס דער קאפיטל רעדט זיך; קומט אויס אז עס איז נאר דא איין אין פערציג ווערטער, די מ"א ווערטער זענען אנטקעגן מ' חלות, וקרבן הזבח, עיין שם.


געדענק דער ציל אויף וואס מוהרא"ש האט געמאכט די סידור, נישט אויף צו דאווענען מיט כוונות וכו', נאר אויף מחזק זיין און מעורר זיין דאס גרויסקייט פון תפילה, און צו ווייזן וואס ליגט אלץ אין די ווערטער וכו' וכו'; אבער ביים דאווענען איז קלאר אז מען דארף אינזין האבן נאר די טייטשט פון די ווערטער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ), ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט מיט כוונות. אויך האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#16 - פארוואס איז אונזער שול אזוי צעפארן?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, דאווענען, מדות טובות, היטן די צייט, נקודות טובות, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס גייט פאר לעצטנס אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, איך רעד פון די לעצטע האלבע יאר בערך. איך שפיר אז דער בית המדרש דארף גרויס חיזוק.


די זמנים זענען געווארן זייער שוואך, מען דאווענט זייער שפעט, די וואך איז עס שוין געגאנגען אזוי ווייט אז אנשטאט 9:30 האט מען ערשט אנגעהויבן דאווענען אום 10:00 אזייגער. אויך דאס רעדן ביים דאווענען איז זייער איינגעריסן, אזוי ווייט אז ביז מען קומט נישט אן צו ברוך שאמר, שפירט זיך בכלל נישט אז מען דאווענט דא, מען הערט נאר קולות פון רעדן און שמועסן, און אפילו נאך ברוך שאמר קען מען נאך הערן אינגעלייט און בחורים וואס שמועסן צווישן זיך. שוין אפגערעדט פון די פאליש וואס מיר האבן דא, וואס שטייט מען און מען שמועסט הויך לכתחלה דעם גאנצן דאווענען, אויך אינמיטן שמונה עשרה, און מען הערט עס גוט אריין אין שול.


פון איין זייט אז טאקע דא א גוטע געשמאקע לופט אין שול, מען האט זיך ליב און עס איז בא'טעמ'ט, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך אז עס איז בכלל נישט קיין בית המדרש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו, אז עס איז דא א גוטע לופט ביי ענק אין בית המדרש, "ומי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אותי כל הימים", איך האף און איך בין מתפלל אז עס זאל בלייבן ביי ענק די גוטע לופט אין שול, מען זאל זיך ליב האבן, און אין אלע שולן היכל הקודש זאל זיין א געשמאקע לופט פון ליבשאפט, דאס איז דאך דער עיקר; ווייל אויב איז דא ליבשאפט איז דא אלעס, און אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט איז גארנישט דא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס די פליכט פון א גבאי איז, נישט צו זיין א נערוועזער אנצוהויבן פונקט אין צייט, נישט דאס איז די ארבעט פון דער גבאי; אויף דעם קען מען טרעפן איינער פון די מתפללים, אויך נישט אויף צו מוסר'ן און צו זוכן חסרונות, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אז אנדערע וועלן דאס שוין טון; א גבאי דארף איין זאך טון, זוכן די מעלות ביי די מתפללים, זוכן דאס גוטס, און אריינברענגען א לעבעדיגקייט און א ליבשאפט צווישן די מתפללים.


איך בעט דיר און אויך אלע גבאים פון אונזערע שול'ן, שטארקט אייך און זוכט אויף דאס גוטס ביי די מתפללים, זוכט צו מאכן אן אויר הזך והנח, עס זאל זיין שמחה צווישן ענק; דאווענען אין צייט - דאס וועט נאכקומען, נישט רעדן ביים דאווענען - דאס וועט אויך זיין, אבער אויף ליבשאפט צווישן אייך - דאס איז די שווערסטע זאך, און אז דאס וועט זיין ביי אייך - וועט אלעס זיין.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן פון די פרט פאר אנשי שלומינו טויזנטער מאל, ווייל עס איז א שווערע עבודה; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט ביז מען איז זוכה צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.