שאלה אין קורצן ענין
#21 - זאל איך טוישן די רבי'שע לבוש פון מיין משפחה?
תפלות אויף אידיש, ספיקות, משפחה, לבוש, קליידער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א רבי'ש קינד, און איך גיי מיט שווארצע זאקן ווייל אזוי גייט מיין משפחה, איך האב עס אבער זייער פיינט, איך קען עס ממש נישט ליידן, און איך וואלט זייער געוואלט טוישן צו נארמאלע לאנגע הויזן ווי יעדער איינער.


מעג איך טוישן די לבוש צו זיין אנדערש פון מיין משפחה, און אויב נישט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אז ס'זאל מיר נישט אזוי שטארק שטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע - צי דו מעגסט אויסטון דיין לבוש, אדער צי דו זאלסט עס אויס אויסטון? מעגן מעגסטו, נישטא קיין הלכה אין דעם, עס איז נישטא א הלכה אז מען מוז גיין האלבע הויזן וכו'; צי דו זאלסט עס אויסטון? - דאס איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסט גיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיט אסאך דאווענען, מיט אסאך התבודדות - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן. דאווענען און התבודדות ארבעט אויס דעם מענטש, עס קלארט אויס דעם מח, אויך נעמט עס אוועק די הייסע בלוט וואס מאכט מחלוקת וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ, מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לֹא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף זוכן עס זאל זיין שלום, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען ווערט א צופרידענער מענטש, מען איז בשלום מיט יעדן איינעם און בעיקר מיט זיך אליינס; מען איז צופרידן ווי אזוי מען איז.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים געהערט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער יעצט קומט ווינטער, עס גייט זיין זייער קאלט, איך דארף האבן פיינע ווארעמע שטיוול. און אויב הייליגער באשעפער איך דארף עס נישט האבן נעם עס ארויס פון מיין קאפ, מאך איך זאל דאס נישט וועלן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין משפחה גייט אנגעטון אזוי און אזוי, איך האב נישט ליב די וועג, איך עקל זיך פון דעם; העלף מיר איך זאל וויסן וואס איך האב צו טון, אויב איך זאל דאס אויסטון. און אויב איך זאל בלייבן מיט דעם העלף מיר איך זאל דאס ליב האבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#20 - זאל איך באדינען מיין טאטע, אדער איז דאס אויפ'ן חשבון פון מיין משפחה?
שלום בית, כיבוד אב ואם, היטן די צייט, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, איך בין שוין 35 יאר אלט, און די וואך האב איך צום ערשטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום, דורך לערנען יעדן טאג פון די וואך אביסל, אויך האב איך שוין זוכה געווען צו ענדיגן משניות, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא.


יעצט צו מיין שאלה, מיין מאמע לעבט שוין נישט, און מיין טאטע איז זייער נישט געזונט, ער קען נישט גיין אויף די פיס לא עלינו, און קען זיך נישט באוועגן געהעריג, אבער זיין קאפ איז ברוך ה' אויפ'ן פלאץ. איך האב אים אריינגענומען וואוינען ביי מיר אינדערהיים, עס פארלאנגט זיך אבער אסאך ארבעט אים צו באדינען א גאנצן טאג, ער פארלאנגט זאכן א גאנצן טאג, איך טו די מצוה מיט שמחה, איך האב אבער מורא אז דאס גייט אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער אז איך בין אזויפיל פארנומען מיט אים.


זאל איך אים ווייטער האלטן אינדערהיים און באדינען, אדער זאל איך ענדערש טרעפן א פלאץ פאר אים, צו קענען זיין מער פארנומען מיט די אייגענע משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו האלטן דיין טאטע ביי דיר אין שטוב; זאלסט אים מכבד זיין און באדינען מיט'ן גרעסטן מאס כבוד.


דאס וואס דו האסט מורא אז עס גייט אויפ'ן חשבון פון דיין ווייב וכו'; דאס איז נארישקייטן. דער ערליכער איד האט צייט פאר אלעס, ער העלפט די עלטערן, ער העלפט די ווייב און איז מחנך די קינדער, ווידעראום דער וואס האט נישט קיין יראת שמים האט נישט קיין צייט - נישט פאר זיין טאטע, נישט פאר זיין ווייב און נישט פאר די קינדער.


פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט די צייט צו גיין דאווענען שחרית, מנחה און מעריב נעמט דאס נישט אוועק פון די צייט פון די ווייב, נאר דאס איז א חלק פון עבודת השם, א חלק פון לעבן; אזוי איז מיט כיבוד אב ואם, דאס נעמט נישט אוועק פון קיינעמ'ס חשבון, דאס איז וואס א איד דארף טון; מכבד זיין א טאטע מאמע איז העכער פון אלעס.


ווען מען איז מכבד די טאטע און מאמע דעמאלט קומט דער אייבערשטער און מאכט רוען די שכינה ביים מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ; בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד"; און ווען עס איז דא השראת השכינה איז דא אלע ישועות און אלע ברכות.


דאס וואס דו האסט מורא אז עס גייט אויפ'ן חשבון פון דיינע קינדער; פארקערט, די שטערקסטע חינוך פאר קינדער איז ווען זיי זעען ווי מען איז מכבד די עלטערן, זיי זעען דעם אונטערשייד צווישן א אידישע לעבן און להבדיל א נישט אידישע לעבן. ביי אידישע קינדער איז די זיידע באבע דער קרוין פון די משפחה, אלעס דריידט זיך ארום די עלטערן; מען קוקט אויף די עלטערן, מען טוט וואס די עלטערן טוען, אנדערש ווי ביי די אומות העולם וואס די יוגענט פארשטייט בעסער ווי די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי קען איך שלום מאכן מיט מיין ברודער?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורי חיזוק, און אויך מיט די שיעורים אויף ש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אן עצה אויף א זאך וואס שטערט זייער שטארק מיין לעבן. איך האב אן עלטערער ברודער וואס איך בין אמאל געווען זייער גוט מיט אים, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם, למעשה א שטיק צייט צוריק האבן מיר געהאט א סכסוך וועגן געלט זאכן, או דאן האבן מיר זיך צעטיילט, ס'איז געווארן א מחלוקת צווישן אונז, וואס די גאנצע משפחה האט מיטגעהאלטן.


יעצט איז שוין די סיבות בכלל נישט שייך, אבער די שנאה איז געבליבן. כמעט וואס מ'רעדט נישט איינער מיט'ן צווייטן, און ווען יא איז עס זייער קאלט. איך האב פרובירט אפאר מאל צוריקצודרייען אבער ער לאזט זיך נישט, ער טרעפט אלץ א וועג וויאזוי מיך אויפצורעגן אז ס'נעמט נישט קיין עק, איך שפיר איך האלט עס נישט אויס. וויאזוי קען איך מיך איבערבעטן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון דערפון; ווילאנג דו פון דיין זייט קריגסט זיך נישט און דו האסט אים נישט פיינט דארף דיר עס נישט אנגיין.


בוי אויף דיין משפחה און זיי נישט פארנומען מיט אנדערע; זע אז עס זאל נישט זיין צווישן דיר און דיין ווייב קיין פיינטשאפט, דו מיט דיין ווייב לעבט בשלום און אז דיינע ברידער ווילן רעדן מיט דיר איז גוט און אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר איז נאך בעסער, עס זיך נישט אויף פון דעם.


טראכט פון תכלית; ווי לאנג איז מען בכלל דא אויף די וועלט? עס גייט אריבער אפאר יאר און מיר וועלן אלע דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, עס בלייבט נישט איבער נאר דאס ביסל וואס מען לערנט און דאווענט, עס בלייבט איבער דורות וואס מען איז זוכה איבערצולאזן.


אנשטאט רעדן מיט דיינע ברידער רעד מיט דיינע קינדער; דערצייל זיי שיינע מעשיות, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה. אנשטאט רעדן מיט מענטשן רעד צום אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און אלעס פאררעכטן.

#18 - ווי אזוי באהערשט מען זיך, נישט צו ווערן אין כעס?
בחור, אמונה, כעס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, און איך שיק עס אויך פאר מיינע חברים וואס זענען זיך מחי' דערמיט, איך האב ב"ה אנגעהויבן פיל מער צו לערנען דורך די שיעורים.


איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס. ווען איך בין ישיבה קומט מיר קיינמאל נישט אויס זיך אויפצורעגן אויף איינעם, ווען איך קום אבער אהיים ווער איך זייער נערוועז פון מיינע ברידער און שוועסטער וואס דרייען איבער די הויז, בפרט יעצט אין די קאראנע צייטן ווען יעדער איז אינדערהיים, קען איך ממש ארויסגיין פון כלים פון מיינע געשוויסטער, איך גיי אריין אין געפערליכע כעס און כ'האב שוין אפילו צעריסן זאכן פון גרויס כעס.


איך וויל זייער שטארק זיך קענען באהערשן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרוביר די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. ווען מען ווערט בכעס איז א סימן אז די אמונה איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווייל דער וואס האט אמונה, ער לעבט מיט אמונה און ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן נאר פונעם אייבערשטן איז דאך נישט שייך זיך צו רעגן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי ער וויל. דעריבער זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (עירובין סה.): "אָמַר רַבִּי אִילָעאִי בִּשְׁלשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכוֹסוֹ בְּכִיסוֹ וּבְכַעְסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש אויב ער איז אן ערליכער איד ביי דריי פעלער, איינע פון די פעלער איז "בְּכַעְסוֹ", אזוי ווי רש"י זאגט (שם): "שֶׁאֵינוֹ קַפְּדָן יוֹתֵר מִדַּאי", דער וואס איז נישט מקפיד ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל; דאס איז א סימן אז דער מענטש לעבט מיט אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס.


פאלג דעם רבי'ן, הייב אן לעבן מיט התבודדות; אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן און מען רעדט צום אייבערשטן וואו מען גייט און וואו מען שטייט, דעמאלט געדענקט מען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט; מען רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער. און אודאי און אודאי האט מען א ריינעם דיבור; מען שעלט נישט ווען עפעס אומאנגענעם פאסירט.


א מענטש וואס שעלט קללות איז א סימן אז ער האט נישט קיין אמונה, ער לעבט נישט מיטן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א'): "אָדָם הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת, הוּא מֵעוֹלָם הַתּוֹהוּ", איינער וואס איז צוגעוואוינט צו שעלטן דער איז אין עולם התוהו, ער לעבט אן אמונה, ביי אים איז אלעס תוהו ובוהו. און אזוי אויך פארקערט: "הָרָגִיל בִּבְרָכָה, הוּא מֵעוֹלָם הַתִּקּוּן", ווער עס בענטשט יעדן איינעם, דער איז אין עולם התיקון; ביי אים איז אלעס פארראכטן, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, קיינער קען אים נישט שעדיגן און קיינער קען אים גארנישט צונעמען, דערפאר קען ער בענטשן יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווי אזוי היט מען די קינדער פון קשיות אויף אמונה פון א קרוב?
חינוך הילדים, אמונה, משפחה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'געבט מיר לעבן אין אלע תחומים, איך זאל זיך קענען אומגיין מיט מיין ווייב און קינדער, און צו קענען לערנען אזויפיל תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


איך האב א שוואגער וואס איז נישט קיין שומר תורה ומצות, ער האט זיך דערקלערט אלס אפיקורס, און ער קומט אסאך צו מיין שווער אינדערהיים, און ס'שטערט מיר זייער שטארק ווען ער דרייט זיך דארט, בפרט ווען מיינע קינדער פרעגן קשיות.


יעצט גייט אויסקומען א משפחה שמחה וואו מיר גייען זיין דארט צוזאמען, וויל איך וויסן צי מ'קען אים מצרף זיין צו מנין, צום דאווענען אדער בענטשן, און בכלל ווי אזוי מ'דארף צו האנדלען אין אזא פאל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו דיינע קינדער אסאך דיבורי אמונה, דאס איז וואס דו קענסט טון.


מען קען נישט נאכגיין קינדער פיר און צוואנציג שעה; וואס ווייסטו וואס זיינע חברים רעדן? וואס ווייסטו וואס ער הערט אין גאס? וואס ווייסטו מיט וועם ער חבר'ט זיך? ליידער ליידער זענען דא זייער אסאך געפאלענע מענטשן וואס קענען פארדרייען קליינע קעפעלעך מיט כלומר'ישע קשיות, וואס נאר מיט א קליינע קאפ איז דאס א קשיא. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לב) מען פרעגט פון א קינד א שאלה, אז ביי איינעם אין שטוב האט זיך אויסגעשאסן א פענסטער האט ער גענומען א פענסטער פונעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, פרעגט מען דאס קינד: "פארוואס האט מען ארויס גענומען די פענסטער פון דעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, אמער, די פייגל קען דאך יעצט ארויס פליען פון יענעם צימער, וואס האט מען אויפגעטון?!" ווען מען פרעגט אים די קשיא לייגט מען אריין דעם תירוץ אין די קשיא, בלייבט דאס קינד צעמישט מיט די קשיא; איי די קשיא איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ער האט נישט קיין פייגלעך, ער האט געלייגט דעם פענסטער עס זאל נישט זיין קאלט וכדומה, אבער דער קליינער מח בלייבט פארטומלט און ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


אז מען וויל אויפשטעלן ערליכע דורות איז דא איין עצה: "רעדן אסאך פון אמונה"; ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן מיט אזא שטארקייט, ממש מען זעט דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): אויף דעם וואס שטייט אין זוהר הקדוש (משפטים צה.): "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא דְּלֵית לָהּ עֵינִין, גּוּפָא טְמִירְתָא וְאִתְגְּלֵי, נָפְקַת בְּצַפְרָא וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא, מִתְקַשְּׁטַת בְּקִשּׁוּטִין דְּלָא הֲווֹ"; זאגט דער רבי אזוי: עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא - דאס איז אמונה, אבער דְּלֵית לָהּ עֵינִין - עס האט נישט קיין אויגן, דאס הייסט מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות, נאר מען דארף זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן. גּוּפָא טְמִירְתָא – זי איז באהאלטן, ווען דו וועסט בעטן איינער וואס האט אמונה ער זאל דיר מסביר זיין א טעם און א סברה אין די אמונה, וועט ער נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל אז מען פרעגט א מאמין בהשם יתברך, זיי מסביר וואס דער אייבערשטער איז, קען ער דיר נישט ענטפערן, אבער וְאִתְגְּלֵי - ביי אים איז עס אזוי קלאר, אזוי ווי ער זעט דאס מיט די אויגן. נָפְקַת בְּצַפְרָא - יעדן צופרי ווערט צוריק באנייט די אמונה, וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא - און דורכ'ן טאג ווערט עס פארדעקט, ווייל מען ווערט אריין געשלעפט אין די ארבעט און מען לויפט נאך געלט, צוביסלעך פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.


בנוגע אים מצרף זיין צו מנין וכו'; על פי רוב זענען די אלע נישט קיין אפיקורסים, זיי זענען צעבראכענע דיפרעסטע מענטשן, עס פאסט זיי נישט צו זאגן אז זיי זענען צעבראכן און זיי דארפן אויפמערקזאמקייט, דעריבער זאגן זיי אז זיי זענען נישט גלויביגע, מיינענדיג אז אזוי וועלן זיי באקומען זייער אויפמערקזאמקייט (אטענשאן), אבער טיף אין הארץ גלייבן זיי אויך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער טוט אלעס.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס לייגן אריין אסאך אמונה מיט שמחה אין זייערע קינדער, דורכדעם וועלן זיי זען אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - זאל איך פאלגן מיין טאטע און אראפנעמען מיין בארד און פיאות?
קדושה, כיבוד אב ואם, צניעות, בארד און פאות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין זיך מחיה דערמיט, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן זענען זיך מחיה און מחזק.


איך בין א בחור פון 18 יאר, איך איך וויל פרעגן צוויי זאכן. איך האב ברוך ה' א בארד און פיאות, אבער מיין טאטע וויל זייער איך זאל עס אראפנעמען, דארף איך אים פאלגן?


צווייטנס וויל איך פרעגן, אזוי ווי מיין ברודער גייט חתונה האבן בקרוב, און איך ווייס אז ביי די חתונה וועט נישט זיין קיין צניעות און ערליכקייט, וואס זאל איך טון? זאל איך גיין צו די חתונה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו בלייבן מיט דיין בארד און פיאות; קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


זיי מכבד דיינע עלטערן; טענה זיך נישט מיט דיין טאטע, ווען ער רעדט צו דיר זאלסטו אים אויסהערן מיט דרך ארץ און בלייבן שטיל. אבער חס ושלום צו שניידן די בארד און פיאות, מען דארף מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן (ויקרא יט, ג): "אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ", מען דארף מורא האבן פון טאטע מאמע, און אין די זעלבע צייט (שם, שם): "וְאֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ", דארף מען היטן שבת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות ה.; הובא ברש"י ויקרא, שם): "אִם יֹאמַר לְךָ חַלֵּל אֶת הַשַּׁבָּת אַל תִּשְׁמַע לוֹ", אויב ער הייסט דיר מחלל שבת זיין זאלסטו אים נישט פאלגן, און אזוי איז מיט אלע אנדערע מצוות.


בנוגע גיין צו די שמחה וכו'; אודאי זאלסטו גיין, זאלסט זיין א חלק פון די משפחה. מיט חכמה זאלסטו זען ווען צו זיין אינעווייניג און ווען ארויסצוגיין, בשעת קבלת פנים און חופה זאלסטו דארט זיין, און בשעת מען טאנצט בתערובות רחמנא לצלן זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן; אלעס אן קיין רעש אן קיין טומל, קיינער דארף נישט וויסן צי דו ביסט יא דארט צי נישט, מען גייט ארויס און מען קומט אריין אלעס מיט חכמה.


אז דו וועסט זיך פירן מיט שכל און מיט געלאסנקייט וועסטו גורם זיין אז דיין גאנצע משפחה וועלן צוביסלעך ווערן מער און מער ערליך, דו וועסט אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן.

#15 - זאל איך שערן די האר, כאטש ס'איז נישט איינגעפירט אין מיין משפחה?
משפחה, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך ביי די דרשות פאר פרויען איבער די גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר. אין מיין משפחה און אין מיין מאן'ס משפחה איז נישט פארהאן אזא זאך, פארקערט מ'איז זייער מקפיד זיך נישט צו שערן, און מ'איז זיך נישט משדך מיט איינעם וואס שערט זיך יא. אבער נאכ'ן הערן אזויפיל איבער די חשיבות טראכט איך אויב ס'איז נוגע אויך פאר מיר, אדער איז דאס ביי מיר ווי "אל תיטוש תורת אמך" און איך טאר דאס נישט טון. זאל איך בכלל פרובירן צו רעדן צו מיין מאן איבער דעם? כאטש וואס איך בין זיכער אז ער וועט נישט מסכים, און ער וועט מיר אנקוקן זייער מאדנע בלויז פאר'ן פרעגן.


ברוך ה' אז איך בין זייער מקפיד אז ס'זאל זיך חס ושלום נישט ארויסזען מיין האר, ס'איז זייער גוט צוגעדעקט אזוי ווי מ'דארף. און אויסערדעם טו איך נאך א מצוה מיט די האר, אז איך שער זיך נישט נאר ערשט ווען ס'איז זייער לאנג, און דאן בין איך מנדב די האר צו נוצן פאר קינדער וואס האט יענע מעשה רחמנא ליצלן, אז מ'זאל דאס קענען מאכן פאר זיי.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט רעדן מיט אייערע עלטערן פון דעם און איר זענט נישט עובר אויף (משלי א, ח): "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ" מיט'ן אפשערן די האר; פארקערט דאס וואס איר שערט זיך אפ, דאס איז "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ"; וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ מיינט מען נישט די מאמע, מען מיינט מען זאל נישט אפלאזן די וועג פון אונזערע הייליגע חכמים, די וועג פון די הייליגע תורה. און אז די הייליגע חכמים פון אלע דורות האבן געזאגט מען זאל זיך שערן, דארף מען זיך שערן.


דאס וואס איר זאגט אז די פוילישע אידן האבן א מסורה זיך נישט צו שערן די האר - איז נישט אמת; אלע פרויען פון פוילן האבן זיך געשוירן די האר נאך די חתונה, אין פוילן האט מען נאך מער מקפיד געווען אויף דעם ווי אין אונגארן, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספר שו"ת מהרי"ץ (חלק א, סימן קכז): "בְּפּוֹלִין הֶחְמִירוּ עוֹד הַנָּשִׁים לְהַקִּיף רֹאשָׁן שֶׁלֹּא יִשָּׁאֵר שׁוּם שֵׂעָר", אין פולין האט מען נאך מער אכטונג געגעבן זיך אפשערן, עס זאל נישט בלייבן קיין שום האר; נאר שפעטער האבן די גוים ארויסגעגעבן א גזירה אויף אידישע פרויען זיי זאלן זיך נישט שערן.


אינעם זכות וואס איר גייט טון די גרויסע מצוה פון זיך אפשערן די האר זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלע גוטס וואס מען איז זוכה דורכדעם.

#14 - ווי אזוי קען איך צוריק ברענגען מיין שווער קיין ברסלב?
חסידות ברסלב, הפצה, משפחה, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין שוין עטליכע און צוואנציג יאר אלט, אבער למעשה לעב איך קוים א האלבע יאר. פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן לעבן, איך האב אנגעהויבן ליב האבן צו לעבן, מיין שלום בית האט זיך געטוישט, מיין תורה און תפלה האט זיך געטוישט, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, א גרויסן יישר כח.


מיין שאלה איז אזוי, מיין שווער איז זייער א חשובער איד, אן עובד ה' און זייער א וואוילער מענטש. יארן צוריק פלעגט ער האבן שייכות מיט ברסלב און ער פלעגט פארן אויף אומאן, אבער צוליב די פאליטיק וואס האט זיך דארט אפגעטון האט ער זיך זייער פארעקלט פון ברסלב, ער האט אויפגעהערט פארן קיין אומאן, און ער וויל נישט האבן גארנישט מיט ברסלב. זייט דעמאלט איז ער ממש אליין אויף דער וועלט, ער באלאנגט נישט צו קיין שום פלאץ אדער חסידות.


עס שטערט אים נישט אז איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, און ער האט אויך א זון אין ברסלב, אבער איך זע ווי ער מוטשעט זיך אזוי שטארק אין לעבן, און איך האב ממש רחמנות אויף אים. איך וואלט זייער געוואלט אים אומקערן צום הייליגן רבי'ן דורך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען דאס טון אויף א קלוגע וועג אן אים צו טשעפען און אן צו שטערן זיין שלום בית, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שווער האט אפגעלאזט ברסלב צוליב די זעלבע סיבה פארוואס רבי נתנ'ס שווער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן אנטגעקען דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זי"ע און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי אנטקעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש הנשה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


דיין שווער איז נישט דער איינציגסטער וואס האט אפגעלאזט ברסלב צוליב מחלוקת וכו', זייער אסאך מענטשן זענען אנטלאפן פון ברסלב צוליב די עזות פנימ'ער וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, און אסאך ווערן נישט מקורב און לאזן נישט זייערע קינדער מקורב ווערן צוליב די וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "וְהִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּשְׁכוּ כָּל בְּנֵי אָדָם לְזֶה הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בְּחִינַת עָפָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ כּחַ הַמּוֹשֵׁך כַּנַּ"ל", די גאנצע וועלט וואלט זיך ווען צוגעקלעבט צום צדיק, "אַךְ עַל יְדֵי כֹּחַ הַמַּכְרִיחַ, מַפְסִיקִין וּמַרְחִיקִין מִמֶּנּוּ. הַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם, שֶׁעַל יְדֵי דִּבּוּרָם וּמַעֲשֵׂיהֶם הֵם מַכְרִיחִים אֶת בְּנֵי אָדָם, לְהַפְסִיקָם וּלְהַרְחִיקָם מֵהַצַּדִּיק", נאר עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייער רעדן זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון קומען צום צדיק.


די בעסטע וועג מקרב צו זיין דיין שווער צוריק צו קומען צום רבי'ן איז דורך דיין התנהגות; אז דו וועסט זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו מקרב זיין דיין גאנצע משפחה צום רבי'ן. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש האבן זוכה געווען צו מקרב זיין זייער גאנצע משפחה צום רבי'ן דורך זייער התנהגות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א מחלוקת?
כיבוד אב ואם, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי שוואגערס וואס זענען געווען שותפים אין א ביזנעס און זיי האבן זיך צום סוף צעקריגט אויף זייער א שווערע פארנעם, מ'זיצט אסאך ביי דין תורה'ס און מ'רעדט זייער אסאך איינער אויפ'ן צווייטן. איך בין געווארן אריינגעמישט אינדערמיט קעגן מיין ווילן, ווייל מיין טאטע שיקט מיט מיר מעסעדזשעס צו מיין שווער, און מיין שווער שיקט אויף צוריק, און ביידע שוואגערס זענען ברוגז אויף מיר ווייל יעדער האלט אז איך העלף די אנדערע זייט. און אזוי ווער איך צוריסן פון ביידע זייטן. ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון אזא פלאנטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון פראבלעמען; נעם דיר די ווערטער פאר דיין וועג ווייזער אין לעבן, זאלסט אנטלויפן פון פראבלעמען.


אז דיין משפחה איז פארמישט מיט מחלוקות, וואס דארפסטו אריין שטעקן דיין קאפ צווישן זיי? ביים סוף וועסטו ליידן מער פון אלעמען ווייל מען וועט דיר נעמען פאר'ן כפרה הינדל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, ווען פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, ער האט געזען ווי צוויי בלינדע מענטשן קריגן זיך, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי ביידע גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז ווען מען קריגט זיך זאל מען אנטלויפן פון דארט, נישט צו האבן צוטון מיט די מחלוקה.


זאלסט נישט טראגן און ברענגען שלעכטס פון איינער צום צווייטן; אז דיין טאטע הייסט דיר זאגן דאס און יענץ מיינט נישט אז דו דארפסט דאס טון, דאס איז נישט כיבוד אב; מען הערט אויס וואס דער טאטע זאגט, מען ענטפערט נישט און מען טראגט נישט ווייטער.


כיבוד אב ואם איז נישט דאס, נישט יעדע זאך דארף מען טון וכו'; כיבוד אב ואם איז אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב. אז דו וועסט בויען א שיינע שטוב, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, און מחנך זיין דיינע קינדער - דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט שטיין ווייט פון מחלוקת.

#12 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין משפחה זאל מיר צוריק אננעמען?
בחור, תשובה, תפלות אויף אידיש, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור העכער די אכצן יאר, איך בין ארויס פון ישיבה שוין איבער צוויי יאר צוריק, און איך בין געגאנגען ארבעטן. מיין טאטע איז נישט געווען צופרידן פון מיר און ווי אזוי איך זע אויס, מיין טאטע און מיינע ברידער האבן מיר כסדר זייער פארשעמט און אראפגעקוקט, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אנטלאפן פון שטוב.


איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, יעצט האב איך שטארק חרטה אויף דעם, און איך האב שטארק חשק צוריק צו גיין אהיים, איך ווייס אבער אז מיין טאטע און מאמע און מיינע ברידער גייען נישט וועלן רעדן מיט מיר, און אפילו אויב יא, גיי איך בלייבן דער אויסווארף פון די משפחה, איך וויל זיי זאלן מיר אננעמען אזוי ווי איך בין, איך וויל שפירן ווי א חלק פון די משפחה.


איך בין זייער צעבראכן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן דיין קול; ער וויל הערן ווי דו רעדסט צו אים, ער וויל הערן אפילו איין ווארט ווי דו רופסט אים; זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער העלף מיר! איך בין אזוי פארלוירן, איך וויל זיך אויסקומען מיט מייינע עלטערן, איך וויל האבן א שיינע לעבן, העלף מיר איך זאל צוריק קומען צו דיר און צי די תורה"; דאס איז די עצה ווען מען איז צעבראכן, מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דאס מאכט דער מענטש זאל ווערן אויס צעבראכן און אנהייבן שפירן א געשמאק אין לעבן.


גיי אהיים צוריק צו דיינע עלטערן און משפחה; דיינע עלטערן וועלן דיר צוריק נעמען מיט ביידע הענט, זיי בענקען נאך דיר און ווארטן אויף דיר. עס איז נישט ווי דו טראכסט אז זיי גייען נישט וועלן רעדן מיט דיר, דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען אז דו קומסט צוריק אהיים.


עס זיך נישט אויף מיט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ וואס איז געווען. מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפ'ן עבר, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי"; זיי מכבד דיינע עלטערן פון יעצט און ווייטער.


אז דיינע ברידער וועלן דיר אריין זאגן וכו' זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זאלסט זיי נישט ענטפערן, וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלעס וואס איז געווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי גייט מען זיך אום מיט חתונה געהאטע קינדער?
מדות טובות, קינדער, משפחה, שלום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר אינגעלייט, און דאס האט געטוישט אינגאנצן מיין לעבן צום גוטן.


איך האלט שוין ב"ה ביים חתונה מאכן מיין ערשטער קינד בשעה טובה ומצלחת, איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז שייך אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל געבן שיעורים אויך פאר עלטערע אינגעלייט, וואס מאכן שוין חתונה קינדער, ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די איידעמער און שנירן, און אזוי ווייטער אלעס וואס מ'דארף וויסן ווען מ'מאכט שוין חתונה קינדער. איך וויל נישט שפעטער געוואויר ווערן אז איך האב געמאכט טעותים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר, בפרט אויף דעם חסד אז דיינע קינדער גייען אונטער די חופה. וויפיל צענדליגער און הונדערטער שטובער שטייען און ווארטן אויף די מזל'דיגע שעה צו קענען פירן די קינדער אונטער די חופה; דערפאר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, און אים בעטן ווייטער פאר זיי און פאר אלע אידן.


נעם די מדה פון אהרן הכהן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יב): "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", אהרן הכהן האט געזוכט ווי ער קען מאכן שלום; דאס זאלסטו שטנדיג טון, פאר דיין זון זאלסטו שטענדיג זאגן: "דו האסט באקומען א טייערע ווייב וכו' וכו'", און פאר דיין טאכטער זאלסטו שטענדיג זאגן ווי צופרידן דו ביסט פון איר מאן. יעדעס מאל דו טרעפסט דיינע קינדער זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער פון איינעם אויפ'ן צווייטן, אזוי אויך זאלסטו רעדן שיין צו זיי פון זייערע עלטערן, זאג פאר דיין איידעם: "דו האסט א חשוב'ע טאטע וכו'", אפילו ער האט דיר בא'גנב'עט ביי די חתונה, אזוי אויך זאלסטו זאגן פאר דיין שנור גוטע ווערטער אויף איר משפחה, אפילו מען האט זיך געאמפערט וכו', וועסטו זוכה זיין צו האבן נחת פון זיי.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן. מען האט אמאל געפרעגט א ברסלב'ער חסיד ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב באקומען גוטע קינדער אזוי ווי מען רייסט אראפ אן עפל פון בוים? איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן מיט טרערן, נאכדעם האב איך גענומען מיינע טרערן און זיך אפגעווישט דעם פנים מיט די טרערן; איך האב געבעטן, רבונו של עולם, געב מיר ערליכע קינדער, זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים, זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון עבירות וכו' וכו'".


דערפאר דארפן עלטערן געדענקען צו מתפלל זיין פאר די קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע דורות, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן סיי ווען די קינדער זענען נאך קליין און סיי ווען מען האלט שוין נאכ'ן חתונה מאכן, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער און שעפן פון זיי אסאך אידיש נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?
לימוד התורה, משפחה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים פון חיזוק און הדרכה. איך הער אויס יעדע נייע שיעור, און נישט קיין חילוק ווי צעבראכן איך בין, וועט די שיעור מיר אלץ מחזק זיין און אויפהויבן, עס ברענגט אריין אין מיר א מורא'דיגע שמחה און חיזוק ווייטער אנצוגיין. איך האב ב"ה אנגעהויבן א שיעור אין נ"ך, איך האב שוין געענדיגט יהושע און שופטים, און איך האלט אינמיטן ספר שמואל.


יעצט צו מיין שאלה. איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך. למעשה אבער זע איך נישט קיין תכלית אין זיצן אין כולל פארמיטאג, איך קען נישט לערנען דארט מיינע שיעורים, א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.


פאר מיין שווער וועט דאס אבער לכאורה אביסל שטערן אז איך גיי ארויס פון כולל, וויל איך וויסן וואס ס'איז די ריכטיגע זאך צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערגסטע זאך איז צו 'גיין ליידיג'; אלע פראבלעמען קומען פון גיין ליידיג. אז מען גייט ליידיג קומט מען צו טון עבירות און עס ברענגט אלע שלעכטס פארן מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט די צייט קומט מען צו עבירות און מען ווערט דעפרעסט.


איז זיכער אז דו זאלסט זען אנצופולן דיין טאג; זאלסט לערנען דיינע אייגענע שיעורים כסדרן און נעמען אן ארבעט, ווייל (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט פאר'ן מענטש ער זאל לערנען און ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן"; 'מְשַׁכַּחַת' איז דער זעלבער לשון פון: 'שִׁכְחָה', אז מען ארבעט און מען לערנט פארגעסט מען צו זינדיגן און מען האט ניטאמאל קיין צייט צו זינדיגן.


בנוגע דיין שווער וכו'; א שווער קען מען נישט אפנארן, יעדער שווער ווייסט פונקט דעם מצב מיט זיין איידעם - צי ער לערנט אדער ער גייט ליידיג, מיט דעם וואס דו זיצט אין כולל און דו בטל'סט צייט וכו' וועסטו אים נישט מאכן קיין נחת. דעריבער זאלסטו שוין זוכן עפעס מיט וואס אנצופולן דיינע שעות.


אז דו וועסט גיין ארבעטן, זיך פירן מיט יראת שמים און דו וועסט אויסנוצן דיין צייט; יעדע איבעריגע מינוט וועסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן טאג: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אויך וועסטו זאגן פרקים משניות, דפים גמרא און קאפיטלעך תהילים - וועסטו מאכן נחת פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן; אלע וועלן האלטן פון דיר.


כולל איז געמאכט נאר פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען אן קיין הפסק א גאנצן טאג.


 

#9 - וואס טו איך אז מיין טאכטער איז אריינגעפאלן מיט א פראבלעמאטישער מאן?
שלום בית, קינדער, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט א פיינעם בחור, ער האט געלערנט גוט אין ישיבה, און איך האב געהערט גוטע גריסן אויף אים. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז אלעס נאר געווען לפנים, ער איז געגאנגען ארבעטן נאך די חתונה און ער האט נישט מצליח געווען מיט גארנישט, געלט איז נישט געווען און די שלום בית האט אויך היבש געהינקעט. איך האב פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט געלט, און שטופן דעם וואגן מ'זאל קענען ווייטער לעבן, און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, און ס'איז געבוירן געווארן עטליכע קינדער ב"ה, כאטש וואס ער לייגט קיינמאל נישט צו קיין האנט אין שטוב צו העלפן עפעס.


לעצטנס האב איך אבער באמערקט אויף מיין טאכטער אז זי איז זייער צעטראגן, עפעס טויג נישט ביי זיי, האב איך איר צוגעדריקט צו די וואנט זי זאל מיר דערציילן וואס גייט פאר, און צו מיין באדויערן זאגט זי מיר אז ער נעמט מעדעצין פאר די נערווען שוין פון אלס בחור, און זי איז ערשט לעצטנס געוואויר געווארן דערפון, זי האט מיר דערציילט אז ער פירט נישט קיין נארמאלע שטוב, האט נישט קיין נארמאלע סדר היום, און אזוי ווייטער נאך אסאך דעטאלן וואס איז איר זייער שווער.


איך בין געווארן אינגאנצן פארלוירן, וואס דארף איך יעצט טון? זאל איך ארבעטן אויף א גט? אדער איז דא אן אנדערע עצה?


זיינע עלטערן זענען נישט אינטערעסירט צופיל אין אים בכלל, איך גיי זיי אבער פארהאלטן אויף די עוולה וואס זיי האבן געטון מיט'ן באהאלטן פון מיר אז ער נעמט נערווען מעדעצינען, איך מיין אז עפ"י הלכה טאר מען דאס נישט טון. אבער דערווייל בין איך ממש פארלוירן און איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, ביטע העלפט מיר ארויס און ווייזט מיר דעם ריכטיגן וועג וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער איין זאך זאלסטו וויסן אז די שאלה איז א פיקוח נפש שאלה.


היות עס איז שוין דא ביי זיי קינדער קיין עין הרע, קען מען נישט טראכטן פון זיך, מען דארף יעצט טראכטן פון די קינדער; זיך גט'ן איז א גרינגע זאך ווען מען טראכט פון דעם הוה, אבער אז מען טראכט אריין אינעם עתיד פון די קינדער איז גט'ן נישט די עצה, ווייל במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...'".


דערפאר בעט איך דיר זייער, לייג אוועק אלע פריוואטע נגיעות; יעצט איז נישט די שאלה ווער עס איז גערעכט, אודאי איז דאס א געפערליכע עוולה – אריין נארן א אומשולדיגע מיידל מיט א נערוון קראנק'ן בחור, אבער יעצט דארף מען טראכטן פאר די טובה פון די קינדער; אז עס גייט זיין א גט גייען זיי ליידן השם ישמרינו.


איך זאג אייך נאכאמאל, עס איז שווער צו ענטפערן אזא שאלה ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער דאס זאג אייך נאכאמאל: "אויב איז דא קינדער מוז מען לייגן דעם 'זיך' אין דער זייט און טראכטן פון די קינדער", ווייל קינדער דארפן א טאטע און א מאמע.


"גט'ן איז נישט די עצה!" אז איר וועט נעמען א ביקס און שיסן אייערע אייניקלעך וועט איר זיי נישט אזוי שטארק שלעכט'ס טון ווי אויב איר וועט מאכן א גט פאר אייער טאכטער.


זוכט אויף אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכע איד וואס מען רופט א 'צדיק אין פעלץ', וואס ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זוכט א צדיק וואס איז אויפן גאס, איינער וואס ווייסט בצרתן של ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער און איינקלעך.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין יונגערע שוועסטער?
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פארן ראש ישיבה, וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן, א נייע מח, פשוט שכל! איך לעב מיט אמונה, תפילה, און התבודדות, איך רעד שיין אין שטוב צו טאטע מאמע, איך פאלג זיי אויפ'ן רגע, א זאך פון וואס זיי שעפן פיל נחת פון מיר.


איך האב א זאך וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט דעם,
איך האב א שוועסטער וואס איז יונגער פון מיר, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב איר נישט ליב, איך האב נישט ליב איר נאטור, איך זוך אלץ נישט צו זיין מיט איר צוזאמען, און נישט זיצן נעבן איר. איך ווייס נישט ווער ס'מאכט נערוועז וועמען. אבער די מציאות איז אז מיר האבן זיך נישט אזוי ליב און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך האב זיך אזויפיל מאל אונטערגענומען קבלות צו רעדן צו איר שיין, איר פאלגן וואס זי בעט מיר, איר ענטפערן שיין, עס איז מיר אבער זייער שווער. איך רעג זיך אויף אזוי שנעל ווען זי רעדט צו מיר, איך דארף זיך איינהאלטן מיט אייזערנע כוחות צו רעדן שיין צו איר. און אז איך רעד שיין צו איר איז עס נאר ווייל איך ארבעט זייער שטארק אויף מיר.


איך וויל א עצה, איך וויל וויסן צי איך וועל נאך קענען אמאל זיצן און שמועסן מיט איר שיין אזוי ווי צוויי גוטע פריינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר קומט זיך נישט אויס מיט אייער יונגערע שוועסטער. עס איז דא ביי אסאך יונגע מענטשן דעם געפיל; מען לויפט אוועק פון די געשוויסטער, מען ווערט נערוועז פון זיי. רוב מאל קומט דער געפיל ווייל מען מיינט אז מען טראגט די אחריות אויף זיי, מען שפירט ווי מען וועט ווערן פארשעמט פון זייער רעדן, פון זייער אויפפירונג און דאס גלייכן.


אז איר וועט אריין נעמען אין זיך אז איר טראגט נישט קיין אחריות ווי אזוי אייער שוועסטער פירט זיך אויף, עס איז נישט אייער אחריות ווי אזוי זי פירט זיך - וועט אייך זיין גרינגער איר אויפפירונג, איר וועט קוקן אויף איר ווי מען קוקט אויף א פרעמדע מיידל, וועט עס אייך נישט אזוי נערוועז מאכן.


ווען איר מאכט קבלות, איר ווילט זיין גוט; דארפט איר נישט מאכן קבלות צו פאלגן אייער שוועסטער און צו טון וואס זי בעט אייך, פאלגן זאלט איר אייערע עלטערן און פאלגן דארף מען דעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו בעט זיך צום אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן צו מיינע פריינט שיין, "וְאַל יַעֲלֶה בְּלִבֵּנוּ שׁוּם שִֹנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען מער און מער אויסגעארבעט; עס באדערט שוין נישט אזויפיל זאכן, עס שטערט נישט מער די זאכן וואס פלעגן שטערן ביז אהער. רעדן צום אייבערשטן איז אזוי ווי דאס כשר מאכן פלייש, מען זאלצט די פלייש ארויס צו נעמען די בלוט, דאס זעלבע איז התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל העלפן ארויס נעמען די שלעכטע מידות פון זיך, דורכדעם גייט ארויס די גאנצע שלעכטע נאטור און מען ווערט א כשר שטיקל פלייש, מען ווערט אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - וואס טו איך ווען מיין משפחה רודפ'ט מיר וועגן אומאן?
אומאן, מדות טובות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע משפחה וואס איז נישט מחשיב ברסלב, און זיי דרייען מיר כסדר א קאפ וועגן מיין מאן וואס פארט קיין אומאן. נישט נאר דאס יאר מיט קאראנע, נאר יעדעס יאר ס'איז דא עפעס אנדערש וואס זיי זאגן מיר אז אויב וויל איך זיין א גוטע ווייב טאר איך נישט לאזן מיין מאן פארן, ס'איז א סכנה וכו' וכו' אלע זאכן וואס מ'קען זאגן.


אבער דאס יאר ספעציעל, רופן זיי מיר יעדע שטיק צייט מיר צו זאגן ווי סכנות'דיג ס'איז, און אז די גרעניץ איז פארמאכט, און ס'איז דאך דא קאראנע וכו', און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן, איך האב שוין גענוג מניעות צו שיקן מיין מאן צו א ווייטע פלאץ אויף יום טוב פאר אזוי לאנג, ס'איז מיר שוין גענוג שווער אן די אלע בלבולים און פחדים, און די רדיפות פון מיין משפחה מאכט עס נאר ערגער.


אויך, מיין משפחה איז זייער שטארק מיט דעם לאזונג, "לעב און לאז לעבן", און געווענליך מישן זיי זיך נישט אריין אין א צווייטנ'ס לעבן זיי צו זאגן וואס צו טון. צום ביישפיל, ווען מיין ברודער האט זיך נעבעך געדרייט מיט א גוי'טע, האבן מיינע עלטערן און אנדערע געשוויסטער אים גארנישט געזאגט, און ווען מיר האבן זיך יא אריין געמישט און געזאגט אז ער טאר איר נישט ברענגען צו אונזער הויז, איז די משפחה געשפרינגען אויף אונז אז מיר האבן אים נישט ליב, און מיר זענען אים נישט מחזק, און ווי אזוי גייט ער צוריק ווערן פרום אויב מיר שטופן אים ווייטער וכו' וכו'. אבער ווען מיין מאן וויל פארן צום צדיק, זיך מקשר זיין צו אים און זיך מחזק זיין, אין דעם מישן זיי יא אריין.


ס'טוט מיר זייער וויי אז זיי שפייען אויף עפעס וואס איז אזוי חשוב ביי אונז. ברוך ה' אז איך האב זייער א גוטע קשר מיט מיינע עלטערן און געשוויסטער, און איך רעד מיט זיי אסאך. איך האב זיי שוין געבעטן זיך נישט אריין מישן, אבער ס'העלפט נישט. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך פרויען ווערן צעשטאכן פון זייערע עלטערן וועגן ברסלב; ווען די עלטערן ווערן געוואויר אז דער איידעם פארט קיין אומאן הייבן זיי אן רודפ'ן זייער טאכטער, זיי לייגן גרויס דרוק זי זאל שטעלן א ווידערשטאנד און נישט לאזן דעם מאן פארן קיין אומאן.


אנשטאט די עלטערן זאלן זיך פרייען אז זייער טאכטער איז גליקליך און צופרידן מיט איר מאן, אנשטאט זיי זאלן טאנצן פאר שמחה אז דער איידעם פירט זיך ערליך, ער האט א רבי וואס שטארקט אים - רודפ'ט מען דעם איידעם און די טאכטער; ווי מען קען שטעכן געבט מען א שטעך און ווי מען קען מאכן א וויץ מאכט מען א וויץ, אן טראכטן ווי שטארק דאס טוט וויי.


וואס זאל מען טון אז ברסלב איז פארשעמט, וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים - לשון הרע; דאס מאכט אז מענטשן זאלן ווערן דערשראקן פון ברסלב, דאס מאכט מען זאל מורא האבן ווען מען הערט אז די קינדער האבן א שייכות מיט ברסלב; אזוי מוז דאס גיין, עס דארף זיין ליצנות אויף א צדיק. אויף אלע אמת'ע צדיקים איז דא ליצנות, חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות ב, ח): "אֵין דּוֹר שֶּׁאֵין בּוֹ לֵצָנִים", אין יעדע דור זענען דא לצים; אלע צדיקים האט מען געטשעפעט און מען האט געקריגט אויף זיי.


יעדע פרישער מקורב וואס וויל קומען צום רבי'ן דארף אריבער גיין דעם נסיון, מען טשעפעט און מען שפעט; אנדערש קען מען נישט זוכה זיין צו נעמען פון רבי'ן אלע גוטס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ געקומען אויף די וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", מוהרא"ש זאגט אז די עצה זייערע איז ליצנות; מען שפעט פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן, פון ברסלב'ער חסידים. דאס איז די עצה וואס דער סמ"ך מ"ם האט קעגן דעם רבי'ן, דורכדעם האלטן זיך מענטשן אפ פון מקורב ווערן צום רבי'ן.


דאס וואס איר שרייבט פון אייער משפחה אז זיי זענען פריינטליכע מענטשן, זיי האבן די שיטה פון 'לעב און לאז יענעם לעבן' וכו' וכו'; דא קענט איר זען דאס פארפוילקייט פון די אלע לינקע וכו' וואס שטעלן זיך ארויס מיט א שיינעם פנים אז מען דארף יעדן איינעם לאזן לעבן זייער וועג - ווי ליגנט און פאלש דאס איז; והא ראי', ווען עס קומט צו ערליכקייט, ווען עס קומט צו זיין פרום - דעמאלט פארגעסט מען פון די שיינע זיסע געמאכטע שפריך ווארט: 'לעב און לאז יענעם לעבן'. די פרומע מענטשן מעג מען טשעפען, די דארף מען רודפ'ן; פלוצלונג איז נישט דא דער באגריף 'לעב און לאז יענעם לעבן', יעדן איינעם דארף מען מכבד זיין, מען דארף יעדן איינעם לאזן טון וואס זיי ווילן - ביז דער ערליכער איד וואס וויל גארנישט, ער וויל נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט; אים רייסט מען אראפ, ביי אים איז מער נישט דא 'לעב און לאז יענעם לעבן', אים דארף מען נישט רעספעקטירן וכו'.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; לעבט מיט אים, זייט אים מכבד, זייט אים מחזק ער זאל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה, און ווען אייערע עלטערן טשעפען אייך זאלט איר גארנישט ענטפערן; טענה'ט זיך נישט מיט זיי, זאגט זיי אז איר דארפט טון וואס דער אייבערשטער הייסט, א פרוי דארף טון דעם רצון פונעם מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - מיינע עלטערן גייען זיך גט'ן, ווי אזוי בין איך זיך מחזק?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק, ברוך ה' אז מיר האבן א זיס געשמאק לעבן, איך האב ברוך ה' היינט זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צום 32'סטע מאל, און איך בין זיך מחזק דא אינאיינעם מיט די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיינע עלטערן גייען זיך יעצט גט'ן, און איך דארף חיזוק פאר מיר און פאר מיין ווייב ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער דארפן אריבערגיין די שרעקליכע פיין ווען טאטע מאמע גט'ן זיך השם ישמרינו; קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער און ווייטאג וואס קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן גט'ן זיך. די עלטערן טראכטן נאר פון זיך; דער טאטע טוט וואס איז אים באקוועם און די מאמע טוט וואס איז איר באקוועם, קיינער פון זיי טראכט נישט פון די שרעקליכע פיין און ווייטאג וואס די קינדער גייען אריבער.


ביי דיר איז דאס אביסל גרינגער, דער אייבערשטער האט צוגעגרייט דיין רפואה פאר די מכה, דו האסט חתונה געהאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג ע"ב; שיר השירים רבה ד, יב) דער אייבערשטער ברענגט נישט די מכה פאר ער גרייט צו די היילונג דערצו; דאס אז דו האסט חתונה געהאט, דו לעבסט אזוי שיין, דו לעבסט אזוי זיס מיט דיין ווייב - דאס איז דיין רפואה אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווען דיין עלטערנס שטוב צעפאלט.


שטארק זיך מיט דיין ווייב; איר זאלט לעבן א שיינע לעבן. איר וועט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב ווייל איר ווייסט דאך יא וואס קינדער גייען אריבער ווען זיי זעען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייער בית המקדש, ווי מען צעברעכט זייער טייערסטע און הייליגסטע זאך אין די וועלט.


וואס יא? דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע יונגערע געשוויסטער וואס זיי האבן נאך נישט זייער אייגענע שטוב, זיי ליגן נאך אנגעליינט אויף טאטע מאמע, פאר זיי איז יעצט גאר ביטער; ווי שווער עס איז פאר דיר אסאך שווערער איז פאר זיי, זאלסטו זיי עפענען דיין טיר, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן א שטוב וואו זיי קענען קומען רעדן, שמועסן און באקומען אביסל ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - מיט א גרויסע משפחה מוז מען האבן א שווער לעבן?
חיזוק פאר פרויען, אמונה, קינדער, צרות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה ברוך ה', אלע זענען גוטע און ערליכע, און בויען שיינע שטיבער, אויסער איינער וואס איז נעבעך אראפ פון וועג.


מיין מאמע האט באמת אסאך אסאך נחת, אבער זי ענדיגט נישט האבן דאגות פון יעדעס קינד באזונדער; איינער וואס וואוינט אין א פלאץ וואס איז מער מאדערן, און כאטש די קינדער זענען נאך קליין דאגה'ט זי. א צווייטע האט פראבלעמען אין פרנסה. א דריטע דאגה'ט זי אויף אן אייניקל וואס האט פראבלעמען, און אזוי ווייטער די רשימה איז לאנג, זי האט נישט קיין איין טאג מנוחה.


זי געבט אוועק אסאך כח און צייט צו העלפן יעדן, אלע קינדער קומען זיך דורכרעדן מיט איר, זיך אויסרעדן און אויסגיסן דאס הארץ, זי איז אסאך מתפלל אויף יעדן. אבער איך זע אז ס'איז איר זייער שווער.


איך טראכט צו זיך, אויב אזוי דארף טאקע זיין. אזוי דארף אויסקוקן א אידישע מאמע?! וואס מער קינדער אלץ מער דאגות, אלץ ווייניגער מנוחה? עס זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אז ביז 120 וועט אזוי אויסזען איר לעבן, און עס וועט נאר ווערן שווערער, ווייל עס קומען נאך איידעמער, נאך אייניקלעך, אלע וואקסן ב"ה, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איז דא א וועג וואס איך קען איר ארויסהעלפן? און צווייטנס אויב אזוי וועט זיין אויך ביי מיר? אזוי זעט אויס די לעבן פון א מאמע וואס האט אסאך קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט א שטארקע שאלה, א וויכטיגע שאלה; א שאלה וואס אלע האבן.


דער ענטפער איז: "עס ווענדט זיך אינעם מענטש אליין"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער אליין פירט די וועלט, אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז דער לעבן זיס און שיין, דעמאלט איז נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען ווייסט אז ווי מער קינדער מען האט אלץ מער נחת רוח מאכט מען פאר'ן אייבערשטן, מען ווערט נישט אויס און מען ווערט נישט צעפאלן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען האט זיך אויסגע'משל'ט.


דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אויב מען נעמט ארויס די אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קוקט אויפ'ן לעבן אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, דעמאלט עסט מען זיך אויף פון יעדע זאך; מען ווערט פאר'דאגה'ט און פארשווארצט, מען ווערט אלט און שוואך, דעמאלט איז אויך נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען איז באזארגט סיי מיט קינדער און סיי אן קינדער, סיי א אידישע מאמע און סיי ווער עס זאל נאר זיין.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפ'ן לעבן; מען קען האבן די זעלבע לעבן, די זעלבע קינדער, די זעלבע איבערגייאכץ און מען איז נישט פאר'דאגה'ט, מען איז נישט פארשווארצט, מען האט הנאה יעדע סעקונדע פונעם לעבן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע עמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר שוין כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי: "קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיט'ן מענטש אליין, ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן", דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אַה! - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים, דערנאך האט ער זיי ערקלערט דאס פאלגנדע: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; צענדליגער יארן שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן"; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן איז מען פאר'דאגה'ט און מלא טענות, און ווען מען נעמט אריין די אמונה אין זיך, מען זוכט דאס גוטס, מען קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט - דאן איז מען פול מיט פרייד.


צדיקים טייטשן דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמנו (בראשית כג, א): "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; זי האט געוואוסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, ביי איר איז געווען בַּת ק' כְּבַת כ', וּבַת כ' כְּבַת ז' - אלע אירע יארן איז איר גוט געווען, מיט אלע שווערע ביטערע נסיונות איז געווען: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה".


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאמע; רעדטס אסאך פונעם אייבערשטן וועט איר גרינגער מאכן פאר אייער מאמע זי זאל הנאה האבן פונעם לעבן, זי זאל אויסלעבן אירע יארן מיט נחת און פרייד.


בנוגע אייך וכו'; ווי מער איר וועט חזר'ן אין אייערע יונגע יארן אמונה, ווי מער איר וועט אריין נעמען אין זיך אמונה - וועט אייער לעבן זיין צוקערדיג און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זאלן מיר צעטיילן די קינדער אויף שבת צו קענען גיין צו א שמחה?
חינוך הילדים, שבת קודש, שמחות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א גרויסע משפחה קע"ה, און ווען מיינע געשוויסטער מאכן א שבת שבע ברכות וויל זיי אז ידער זאל קומען, אבער נאר די פארפאלק. דאס מיינט אז כדי צו גיין צו די שמחה דארף מען צעטיילן די קינדער אויף שבת.


מיין מאן האלט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך, און ער איז נישט מסכים צו דעם. אמאל קען איך אים איבעררעדן יא צו גיין און אמאל נישט. און פארשטייט זיך אז ווען מיר גייען נישט, בארעדט מען מיר ביי משפחה.


ביי יעדע שמחה האב איך פראבלעמען אין שלום בית, און אויך ביי מיין משפחה, און איך ווייס נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, און אזוי וועלן מיר טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט; עס איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך צו צעטיילן די קינדער און אוועק פארן אויף שבתים. קינדער דארפן שבת זייער אייגענע טאטע מאמע, זיי דארפן שבת'דיגע סעודות מיט זייערע אייגענע עלטערן. א גאנצע וואך ווארטן די קינדער אויף שבת, זיי ווארטן צו זיצן מיט זייערע עלטערן, דעמאלט איז די צייט וואס טאטע מאמע פלאנצן איין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צום הייליגן שבת.


עס איז נישט גערעכט פון די וואס לאדענען אויף א שמחה צו קומען עסן שבת'דיגע סעודות און מען נעמט זיך אויס: "קינדער קענען נישט קומען"; אז מען קען נישט קומען מיט קינדער איז בעסער צו בלייבן אין שטוב מאכן די סעודות מיט די קינדער און נאך די סעודה זאל מען גיין וואונטשן מזל טוב, און אז די שמחה איז אין אן אנדערע שטאט בלייבט מען אין שטוב.


שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא, דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווען מען עסט דריי סעודות שבת זעט מען אז דער מענטש איז א קינד פונעם אייבערשטן, דער האט אמונה, נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הַאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; זעט מען אז דעמאלט איז א צייט פון איינפלאנצן אמונה אין די קינדער.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז דא פאלן וואס מען האט נישט קיין ברירה מען דארף יא צעטיילן די קינדער, אבער דאס דארף מען וויסן אז עס איז נישט קיין לכתחילה, און אז מען קען זיך ארויסדרייען איז זיכער געזונטער צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#3 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, סמארטפאון, קאמפיוטער, משפחה, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#2 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.

#1 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, סמארטפאון, אינטערנעט, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.