שאלה אין קורצן ענין
#5 - ווי אזוי קען איך אוועקנעמען מיין מאן פון זיין טעבלעט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קאמפיוטער, סבלנות, מאוויס, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך פרוביר זייער שטארק פאלגן אלע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.


מיין מאן איז א צדיק, ער שטייט אויף זייער פרי צו קענען דאווענען געהעריג מיט מנין, ער ארבעט שווער און מאכט צייט צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און ספעציעל פירט ער זיך זייער שיין אויף אינדערהיים און העלפט ארויס מיט די קינדערלעך ווען ער קען, איך האב ברוך ה' א לעכטיגע שיינע לעבן.


מיין שאלה איז, דער ראש ישיבה רעדט כסדר פון פארקוקן און סובל זיין, וויל איך וויסן וויפיל איז די שיעור? מיין מאן האט איין שוואכקייט וואס שטערט מיך, נאך די ארבעט לופטערט ער זיך אויס מיט זיין ארבעט'ס טעבלעט, איך ווייס אז ער קוקט נאר מוזיק ווידיאס און נישט מער, אבער ס'גייט מיך אין לעבן.


איך מאך אסאך תפילה אויף דעם, און כ'האב פרובירט צו רעדן שיין צו אים דערוועגן, אבער גארנישט האט זיך געטוישט. עס שטערט מיך אים צו זען דערמיט. וואס קען איך טון אים צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט און העלפט אייך, הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איר האט א ליכטיגע שטוב; וויפיל פרויען וואלטן ווען געוואלט האבן די סארט לעבן, די סארט מאן, די סארט שטוב, א שטוב וואס מען דאווענט, א שטוב וואס דער מאן איז זיך קובע שיעורים צו לערנען, א מאן וואס העלפט?


דאס וואס עס שטערט אייך אז אייער מאן לויפט צום טעבלעט קוקן מוזיק קליפס, איר ווילט א שטוב אן די אלע זאכן; וויסן זאלט איר אז דאס גייט נישט אין איין מינוט. איר דארפט פארשטיין אז די טעבלעט איז א שטארקע מאגנעט, עס ציט זייער שטארק; דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט, עס טראגט אים אין אן אנדערע וועלט. קליפס און מאוויס איז א זאך וואס איז שטערקער פון אלעס, אינמאל מען הייבט אן דערמיט איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם, ווייניג מענטשן וואס קענען זיך ערהוילן פון דעם.


אבער איין זאך איז שטערקער פון דעם, תפילה והתבודות, בעטן דעם אייבערשטן - דאס איז שטערקער פון אלעס; אז איר וועט בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט אויף דעם - וועט איר זען ווי איר וועט פועל'ן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות, מען טאר נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן. אפילו מען זעט נישט ווי עס רירט זיך עפעס, מען שפירט נישט ווי איינער הערט וואס מען בעט, מען זעט נישט עפעס זאל זיך טוישן - דארף מען ווייטער זיין געדולדיג און בעטן דעם אייבערשטן ביז מען זעט די ישועה.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן און פאר מיינע טייערע קינדער; הייליגער באשעפער, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אזויפיל חסדים, האסט מיר געגעבן א ליכטיגע שטוב, איך דאנק דיר פאר אלעס.


הייליגער באשעפער, עס איז דא א זאך וואס טוט מיר זייער וויי, עס שטערט מיר אז מיין מאן לויפט צום טעבלעט, צו זיין טעלעפאן - קוקן קליפס און מאוויס; עס שטערט מיר אזוי שטארק, דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע, דאס מאכט מיר וויינען, איך וויל נישט מיין מאן זאל זיין פארנומען מיט די זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי השם, זיי זאלן נישט פארברענען זייערע יארן מיט נארישע זאכן; לייג אריין אין מיין מאן א הייליגע גייסט, ער זאל פאלגן צדיקים וואס האבן אונז געזאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - צו קוקן קליפס און מאוויס.


הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל נישט שטערן מיין שלום בית; העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל קוקן אויף אים מיט רחמנות, איך זאל אים דן זיין לכף זכות, איך זאל פארשטיין אז עס איז אים שווער דאס אפצולאזן אויף איין מאל; מיר זאלן ווייטער לעבן מיט שלום, מיט ליבשאפט, מיר זאלן ביידע האבן איין ציל, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות, אמן סלה".


איר וועט נאר קענען פועל'ן אויב איר וועט אים ווייטער ליב האבן, איר וועט קוקן אויף אים גוט; איר וועט פארשטיין אז דאס איז א שוואכקייט, א שווערע נסיון - נאר אזוי וועט איר עס קענען פועל'ן. איר זאלט חס ושלום נישט לאזן דעם פרומען יצר הרע אפקילן דאס ליבשאפט פון ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - כ'האב צופיל צו בעטן דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען מען אלעס בעטן?
תפילה והתבודדות, שמחה, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער בחור, פארגאנגענע יאר האבן מיר געהאט די זכות אז מיין משפחה זאל מקורב ווערן צו היכל הקודש, און דאס האט אונז געגעבן א נייע לעבן, ספעציעל די זאך פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס איז ממש די גרעסטע ישועה.


איך האב אבער א פראבלעם אז ווען איך הויב רעדן צום אייבערשטן, קומט מיר גלייך אריין אין קאפ א לאנגע ליסטע פון זאכן אויף וואס איך דארף בעטן, איך וויל בעטן אויף אלעס, אבער ס'ווערט שוין צו סאך און לאנג און איך פארליר די אפעטיט.


פון איין זייט וויל איך בעטן אויף אלעס, ווייל אן תפלה באקומט מען גארנישט, פון די אנדערע זייט איז עס אבער צו סאך און לאנג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט דערשראקן, נעם נישט קיין פרעשור פון התבודדות; מאך זיך א "תפילה צעטל", זיי זיך מסדר אלעס וואס דו ווילסט בעטן דעם אייבערשטן, און ווען דו וועסט האבן אפאר מינוט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן לויט דעם סדר, אזוי וועסטו נישט ווערן מבולבל.


געווענליך מאכט מען זיך א צעטל, מען שרייבט אראפ זאכן וואס מען דארף מסדר זיין במשך דעם טאג; אז נישט, מאכט זיך אז מען פארגעסט גאר וויכטיגע זאכן, מען נעמט דעם צעטל אפאר מאל א טאג זיך צו דערמאנען וואס מען דארף אלץ טון, וואס דארף אלץ ווערן ערלעדיגט; אזוי דארף מען טון מיט תפילה. מען מאכט זיך א "תפילה צעטל", מען איז מסדר קלאר און דייטליך וואס מען דארף אלץ ערלעדיגן, וואס מען וויל אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן, אזוי אויך שלעכטע נאטורן וואס מען וויל טוישן און נישט גוטע זאכן וואס דער יצר הרע מאכט מען זאל וועלן און גליסטן, דאס אלעס שרייבט מען אראפ אין ראשי פרקים, אזוי קען מען רעדן צום אייבערשטן מיט א סדר.


בעיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, ווייל דער פרייליכער מענטש האט שוין סיי ווי אלצדינג, אלע פראבלעמען זענען דא ווילאנג מען איז נישט פרייליך; ווייל ווען מען איז פרייליך, מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס - דעמאלט פעלט גארנישט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "כָּל מִינֵי צַעַר וְכָל הַיִּסּוּרִים אֵינָם רַק מֵחֶסְרוֹן הַדַּעַת", אלע צרות און אלע יסורים איז נאר ווען מען האט נישט קיין אמונה, "כִּי מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ דַּעַת וְיוֹדֵעַ שֶׁהַכּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין לוֹ שׁוּם יִסּוּרִין, וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ שׁוּם צַעַר", ווען מען האט אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים, דעמאלט איז נישטא קיין יסורים און קיין שום צער, אפילו די צער און יסורים וואס מען האט ווען מען איז קראנק, זאגט דער רבי - "אַף עַל פִּי כֵן הַיִּסּוּרִים קַלִּים מְאֹד וְנוֹחִים לְהִתְקַבֵּל", עס איז גרינגער די יסורים, מען קען עס גרינגער פארטראגן, "בְּעֵת שֶׁיּוֹדֵעַ בְּדַעַת בָּרוּר שֶׁהַכֹּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס מיט א פונקטליכער חשבון.


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף די נקודה; דו זאלסט זיין פרייליך, דו זאלסט נישט פארגעסן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט?
בחור, חינוך הילדים, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיינע חיזוק בריוו און דרשות וואס איר געבט אונז, עס גיבט אונז אסאך עצות און הדרכה.


מיר ווילן זיך דורכשמועסן וויאזוי צו האנדלען מיט אונזער בחור, וואס איז יעצט אהיים געקומען פון ישיבה אין אויסלאנד, און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלען מיט אים. מיר וועלן אראפ לייגן בערך וויאזוי זיין טאג זעט אויס, און וואס עס געשעט דערפון. ער פארברענגט אין די נאכט אריין ביז גאר שפעט, און דערנאך שטייט ער אויף קוים אמאל כאפט ער שחרית צו חצות, און די גאנצע אטמאספער ווערט זייער אנגעצויגן, עס איז דא גאר אסאך ארבעט אין שטוב וואס ער קען ווען העלפן, אבער דא ליגט א בחור און שלאפט אין די טאג אריין, און עס מאכט די גאנצע אטמאספער געפערליך שווער, היינט האבן מיר אים געזאגט אז אויב עס וועט ווייטער אזוי אנגיין, וועט מען אים מוזן זוכן א הויז ביי א זיידע אדער א פעטער וואו ער וועט קענען שלאפן בין הזמנים, ווייל ביי אונז קען עס נישט ווייטער אזוי אנגיין.


מיר דארפן חיזוק וויאזוי און וואס מיר דארפן דא טון. און בכלל איז זיין אויפפירונג זייער אנטוישענד, ער פירט זיך צו אונז מיט געפערליכע חוצפה, ער שרייט צוריק, און טוט וואס אים געפעלט נאר, אן דעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט אונז. אין אלע זיינע פראבלעמען זענען אלע ארומיגע שולדיג, ער וועט קיינמאל נישט נעמען די שולד אויף זיך, און פרובירן צו פאררעכטן. בכלל איז ער זייער פארמאכט, מיר קענען זיך מיט אים נישט דורכרעדן, ווען מיר פרובירן צו דורכשמועסן מיט אים, וועט ער פשוט בלייבן שטיל, אדער נאך גאר זיך נעמען שרייען און באשולדיגן. מיר זענען פשוט באזארגט וויאזוי ער וועט קענען לעבן מיט א ווייב נאך די חתונה. וואס קענען מיר טון? אפשר קען אונז דער ראש ישיבה העלפן?


זיין טאטע און מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך זאלסטו גוט אריין נעמען אין דיר: "אין לעבן דארף מען האבן אסאך סבלנות, בפרט מיט קינדער"; מען דארף האבן אייזערנע נערוון מיט די קינדער נישט צו פארלירן די געדולד צו זיי. עס נעמט אסאך צייט ביז מען שניידט די פירות פון די קינדער, און אז מען האט סבלנות צו זיי שניידט מען שיינע פירות מען האט אסאך נחת פון זיי.


איך מוז דיר געבן אביסל מוסר כדאי דו זאלסט נישט פארלירן דיין בחור.


מיט אלע דיינע גערעכטע טענות וואס דו האסט אויף אים, דארפסטו וויסן אז מען רעדט מען נישט אזוי צו א קינד. אויב א קינד שטייט אויף שפעט זאגט מען אים נישט: "גיי זוך דיר א צווייטע פלאץ וואו צו שלאפן"; אז דיין בחור שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט טאר מען אים נישט סטראשען אז ער וועט דארפן זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן ווייל מען קען חס ושלום פארלירן דעם קינד; וואס טוסטו ווען ער זאגט דיר: "טאטע איך האב געטון וואס דו זאגסט, איך גיי אוועק פון שטוב"?! וואלסט דאס דאך נישט אויסגעהאלטן.


געב א קוק וואס טוט זיך אפ היינטיגע צייטן ביי די שענסטע שטובער, ווי קינדער לאזן אפ זייער משפחה. איך מיין אז די אנגעצויגענע לופט אין שטוב, די שווערע אטמעספער - קומט פון דיין צד. דו מאכסט די לופט אנגעצויגן, דו קוקסט אויף אים מיט א שלכעטע אויג - דאס מאכט אז ער זאל זיך נישט וועלן צושטעלן.


אודאי שלאפט ער ביז'ן טאג אריין; ער שפירט ווי מען איז נישט צופרידן פון אים און שפירט זיך איבעריג אין שטוב, נאכדעם איז ער צעבראכן און צעקלאפט אז ער שטייט אויף שפעט, וואס דאס אליינס מאכט אז ער זאל איבערדרייען וכו'.


יעצט איז נישט קיין צייט פון אנהייבן מחנך זיין; חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז קליין, דעמאלט דארף מען ארויסנעמען פונעם קינד זיינע שלעכטע נאטורן מיט וואס ער איז געבוירן, דעמאלט איז די צייט פון דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; אבער ווען קינדער ווערן עלטער און מען האט שוין א בחור אין שטוב דארף מען זען עס זאל זיין נאר ימין מקרבת אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מז.): "לְעוֹלָם תְּהֵא שְׂמֹאל דּוֹחָה וְיָמִין מְקַרֶבֶת"; מען דארף ווייזן ליבשאפט, אז נישט קיין מען זיי אינגאנצן פאלירן.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר דו זאלסט טושן דיין צוגאנג אין שטוב מיט די קינדער; איך האב פשוט רחמנות אויף דיר און דיין ווייב און איך וויל נישט איר זאלט אים פארלירן השם ישמרינו. אז דו וועסט קוקן אויף אים גוט און ער וועט שפירן ווי טאטע מאמע האבן אים ליב און זענען צופרידן פון אים וועט ער אייך נאר ברענגען נחת.


ועל כולם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי איז מען מקרב די ווייב און קינדער צום הייליגן רבי'ן?
שלום בית, חסידות ברסלב, הפצה, קינדער, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר די שיעורים וואס דער ראש ישיבה רעדט צו פרישע מקורבים אז זיי זאלן נישט שלעפן די ווייב צום רבי'ן מיט געוואלד, נאר מ'זאל האבן סבלנות צו ארבעטן שטייטערהייט, דאס האט מיר געגעבן זייער אסאך חיזוק, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, ווייל איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זייער שטארק אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, און איך זע אליין אז עס גייט נישט מיט געוואלד.


איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה אויב ער קען מער רעדן אדער שרייבן פון דעם, ווייל איך שטעל זיך פאר אז אסאך פרישע מקורבים האבן דעם זעלבן פראבלעם, ווייל ווען מ'ווערט געוואויר פון הייליגן רבי'ן, שפירט מען אזא זיסקייט ממש א גן עדן, און מען באקומט אזא ברען און פלאקער און מען וויל אז די ווייב און קינדער זאלן אויך אויסהערן די שיעורים און לעבן מיט די עצות, אבער עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, און מען ווערט דערפון זייער צובראכן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל אריין ברענגען אין שטוב דעם רבי'ן, אז די ווייב זאל אויך האבן א געפיל אין רבי'ן - דארף מען דאס טון מיט גרויס חכמה. מען קען דאס נישט טון מיט געוואלד; אז מען גייט מיט כח פאסירט נאר דאס פארקערטע, עס ווערט אן אומאנגענעמליכקייט אין שטוב.


דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך אליינס, מען זאל לעבן מיט די עצות; דעמאלט וועלן אלע מקורב ווערן, אלע וועלן זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף", דאס וועט ברענגען אז אלע זאלן וועלן ווערן ברסלב'ער חסידים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ", זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז א טעות פון אינגעלייט - פרישע מקורבים אז גלייך ווען זיי ווערן מקורב גייען זיי מיט כח צו די ווייב איר צו שלעפן צום רבי'ן; קוים וואס זיי זענען מקורב, זיי אליינס האבן נאך א שיינע וועג צו גיין - ווילן זיי שוין אז די ווייב זאל קומען צום רבי'ן. פון דעם ווערט אסאך מחלוקת און שטיבער צעפאלן, דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך, מען זאל אנהייבן לעבן מיט די עצות, דעמאלט זעט די ווייב ווי שיין ער פירט זיך און ווי שיין ער לעבט - דאן קומט זי אליינס, זי ווערט נאכגעשלעפט נאך אים.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:): "בלאזן שופר איז א חכמה - נישט קיין מלאכה", עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש, דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.