שאלה אין קורצן ענין
#72 - קען איך זיך פארלאזן אויף מיין הרגשה, צו וויסן וואס צו טון?
הלכה, תפילה והתבודדות, ספיקות, יחודים, מדריגות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל ווען איך האב ספיקות וואס צו טון, האב איך דעמאלט אן הרגשה אז דער אייבערשטער וויל איך זאל טון אזוי און אזוי, אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם.


מוהרא"ש האט געגעבן א סימן אז ווען דער שם הוי"ה שיינט פאר די אויגן בקביעות, זענען די מחשבות פון דעם מענטש אמת'דיג פונעם אייבערשטן, וויל איך פרעגן לעת עתה אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, ווי אזוי קען איך וויסן אויב איז עס טאקע רצון השם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער איז, מוהרא"ש זאגט אז דורך התבודדות ווייסט מען וואס מען האט צו טון. התבודדות איז, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס ער האט צו טון. יעדעס מאל מען האט א ספק, מען ווייסט נישט 'יא' אדער 'ניין', 'גיין' אדער 'נישט גיין', 'טון' אדער 'נישט טון', - בעט מען דעם אייבערשטן, מען שמועסט זיך אויס, מען שמועסט אויס אלע פרטים און נאכדעם באקומט מען רמזים פון הימל ווי אזוי מען זאל זיך פירן.


פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געבינדן מיט'ן שלחן ערוך; דאס הייסט, נאר אויב עס איז מיט די הלכה. חס ושלום צו זאגן אז מען האט א רמז צו טון עבירות, חס וחלילה צו זאגן 'איך האב געמאכט התבודדות און עס איז מיר קלאר אז איך דארף טון זאכן קעגן די תורה'; מען רעדט נאר זאכן וואס זענען מותר צו טון, מען שמועסט זיך אויס, מען בעט דעם אייבערשטן, און מען באקומט תשובות וואס מען האט צו טון.


דאס איז אויך די וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו זען שטענדיג די שם הוי"ה ברוך הוא; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין און לויטער, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, ביז מען איז זוכה צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, צו זען שם השם פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - האב איך שוין גענוג תשובה געטון אויף מיינע שווערע עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געלערנט אין איינע פון די ספרים פון מוהרא"ש, איבער די הארבקייט פון די עבירה פון פגם הברית רחמנא ליצלן, עס איז ממש ווי מ'הרג'ט די אייגענע קינדער. איך האב שוין לאנג דאס געליינט און געהערט, אבער לעצטנס איז אריין אין מיר א געוואלדיגער פחד איבער דעם, כאטש וואס איך האב שוין תשובה געטון, איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג, און שוין א לאנגע צייט וואס איך היט זיך פון עבירות און איך היט זיך מיינע אויגן, האב איך אבער נאכאלץ גרויסע פחדים פון דעם, וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה איז זייער א געפערליכע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, ווייל יעדע טיפה איז א קינד, קומט אויס אז דער מענטש הרג'עט אויס זיינע אייגענע קינדער רחמנא לצלן. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; אויך זאגט דער זוהר הקדוש (וישב קפח.; ויחי ריט.) ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה, העלפט נישט קיין תשובה.


אבער וויסן זאלסטו, דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא) קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה קען אויך תשובה טון.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מיר קענען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן פון די נידריגסטע פלעצער, אפילו מען איז ווייט פארקראכן - זאל מען קענען צוריקקומען צום אייבערשטן, דורך התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויס'טענה'ן מיט אים, אים דערציילן ווי שווער עס זענען די נסיונות און ווי שטארק מען וויל זיין גוט; דאס ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, אז דו ווילסט תשובה טון. דערצייל אים אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן פון בושה. זאג אים וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר, ווי ער ווארפט דיר אראפ, וויין צו אים; זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך האב געזינדיגט אזויפיל אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי אראפגעפאלן; יעצט האב איך חרטה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר טאטע זיסער. רבונו של עולם, איך שעם זיך זייער פון דיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב באמת חרטה אויף די שלעכטע מעשים מיינע, זיי מיר מוחל.


אויך בעט איך דיר הייליגער באשעפער, איך בין זייער דערשראקן, איך האב מורא אז איך וועל שוין בלייבן פארווארפן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. איך האב אזא פחד, איך שפיר אז איך ווער גערירט ביים זינען; איך ווייס אז דאס געשעט ווען מען זינדיגט אין די עבירה, אבער יעצט וויל איך זיין גוט, יעצט וויל איך תשובה טון; בעט איך דיר, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, איך גיי שוין זיין גוט".


אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן כסדר, ביז דו וועסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - זאל איך קויפן די לאטערי?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, פרנסה, פירושים, לאטערי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן צוויי קליינע שאלות, אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ערקלערן און ענטפערן.


א. איך האב געלערנט אין אשר בנחל חלק ו' מכתב תשי"ב, מוהרא"ש שרייבט דארט: "על כל דבר שצריך לפעול ישפוך תפלות בעושר אליו יתברך תפלה אחר תפלה, עד שיזכה וכו', האב איך געוואלט פרעגן וואס איז פשט ישפוך תפלות בעושר.


ב. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן קויפן די לאטערי?


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אטעם צום לעבן; מ'קען דאס ליינען אויף צוויי וועגן, איינס, 'אטעם' - לופט צו אטעמען; און נאך א וועג 'א טעם'. און ביידע זענען ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל וועט אלץ האבן חיזוק, ער וועט אלץ בענקען צום אייבערשטן; עס איז נישטא נאך אזא ספר וואס זאל אזוי מחזק זיין און מעודד זיין ווי דער ספר אשר בנחל.


דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה", אויף יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן זאל מען גיסן תפילות צום אייבערשטן בעשירות; דאס איז א חז"ל, די תורה זאגט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר קינדער, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סג, ה) עס שטייט א לשון 'וַיֶּעְתַּר', עס שטייט נישט 'ויתפלל' אדער אן אנדערע לשון פון תפילה, "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר שֶׁשָּׁפַךְ תְּפִלּוֹת בְּעשֶׁר", 'וַיֶּעְתַּר' איז א לשון פון עשירות, ער האט געגאסן תפילות אזוי ווי אן עושר; אן עושר האט אין יעדע טאש געלט, ווען מען בעט אים געלט נעמט ער און גיסט געלט, וואס ער דארף - גיסט זיך געלט, אזוי האט יצחק אבינו געבעטן דעם אייבערשטן, עס האט זיך געגאסן תפילות פון אים, נאך און נאך און נאך.


בנוגע לאטערי; קויף נישט קיין לאטערי, עס איז א שאד די דאלער, א שאד יעדע פרוטה וואס מען לייגט אריין אין דעם; אז דו ווילסט שפע - זאלסטו טון וואס מוהרא"ש זאגט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה, עַד שֶׁיִּזְכֶּה וכו'", בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם געב מיר פרנסה, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין שטוב, מיין ווייב און קינדער"; בעט און בעט איינמאל און נאכאמאל, א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, אן א שיעור; אזוי ווי אן עושר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אייבערשטער אז איך האב נאכאמאל געענדיגט תהילים, יישר כח פאר די שיינע שיעורים און בריוון, יישר כח פאר'ן מחזק זיין צו זאגן תהילים, איך שפיר אזוי גוט נאכ'ן זאגן תהלים, עס געבט מיר א פרישקייט מיט אסאך כח.


אויך א גרויסן יישר כח פאר מיך מחזק זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, און ספעציעל די ערשטע; יעדן טאג אויפ'ן וועג צו סקול חזר איך איבער און איבער די ערשטע אני מאמין, עס שטארקט מיר מיין אמונה, איך הייב אן זען אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס פירט דער אייבערשטער.


אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך פיל אבער ווי דער יצר הרע פארגינט מיך נישט פשוט א שמייכל אויף מיין פנים, יעדעס מאל טרעף איך אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו זיין פרייליך.


א גרויסן יישר כח פאר בית פיגא סקול, עס איז א מחי' צו זיין צוזאמען מיט אזעלכע טייערע ליכטיגע מיידלעך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סוף ספורי מעשיות): "מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק, "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ, "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן, "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין, איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות.


דאס איז די עצה צו זיין פרייליך; אז מען טראכט אריין די גרויסע חסד השם אז מיר זענען אידן, מיר זענען נישט קיין גוים; דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, כל שכן אז מיר זענען פול מיט מצוות, מיר טוען א גאנצן טאג דעם ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם ווערט מען פרייליך.


זייט שטארק מיט אייער עבודת השם, זאגט ווייטער תהלים יעדן טאג און חזר'ט די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר די ערשטע אני מאמין. אמונה שטארקט דעם מענטש מיט א שטארקייט וואס איז נישט מעגליך צו צעברעכן.


ועל כולם, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס אים אויף אייער מאמע לשון וואס איר דארפט. בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין שטענדיג פרייליך, איך וויל שטענדיג שמייכלען, זיין פאזעטיוו, שטענדיג געדענקען פון דיר"; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.

#68 - איז אויסגעהאלטן פאר מיידלעך איבערצושלאפן מיט חבר'טעס?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, צניעות, קדושה, תפילה והתבודדות, ניגונים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס גוטס וואס איך האב באקומען.


איך האב געוואלט וויסן, אסאך מאל מאכן מיינע קאזינס א נאכט צוזאמען (סליפ-אווער), און זיי רופן מיר אויך, האבן איך געוואלט וויסן אויב ס'איז אויסגעהאלטן איבערצושלאפן מיט חבר'טעס.


נאך א שאלה, אסאך מאל ווען איך וויל עפעס בעטן פונעם אייבערשטן איז מיר שווער עס ארויסצוזאגן מיט מיין מויל, האב איך געוואלט וויסן אויב דאס צו טראכטן אדער אראפשרייבן הייסט אויך בעטן?


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב מ'מעג הערן א שיעור אדער הערן מוזיק אינמיטן זאגן תהלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע איבערשלאפן מיט חבר'טעס וכו'; אויב מען פירט זיך איידל און הייליג - דעמאלט אויב עס פעלט אויס קען מען גיין. עס איז נישט קיין פראבלעם אויפצוזיין א גאנצע נאכט שמועסן און פארברענגען, אבער עס מוז זיין איידל און הייליג; מען קען נישט שמועסן אין איין בעט, נישט ליגן און נישט זיצן.


ליידער לערנט מען נישט אויס מיידלעך צו זיין אפגעהיטן פון קראנקע זאכן; טייערע מיידלעך פאלן אריין אין שלעכטע זאכן אומוויסנדיג, וואס דאס וועט זיי שאטן פאר זייער לעבן. זיי ווערן נאנט מיט א חברט'ע אויף א נישט געזונטע וועג ביז זיי קענען נישט חתונה האבן, זיי קענען נישט ווערן נאנט מיט זייער מאן, מען בלייבט פארהאקט מיט די נישט גוטע נאנטשאפט וכו'.


(איך האב קיינמאל נישט געלאזט מיינע טעכטער גיין שלאפן ביי חבר'טעס).


בנוגע טראכטן אדער שרייבן וכו'; אז איר קענט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלט איר אויף דעם אליינס בעטן, בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך האב א פראבלעם, איך קען נישט רעדן צו דיר; איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען רעדן צו דיר און בעטן פון דיר אלעס וואס איך דארף, אלעס וואס איך וויל; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שפירן ווי דו שטייסט דא נעבן מיר און דו הערסט צו יעדע ווארט וואס איך רעד צו דיר, געב מיר א לויטערע אמונה, איך זאל דיך שפירן און דיך זען".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל, ביז איר וועט שוין נישט דארפן שרייבן בריוו פאר'ן אייבערשטן און טראכטן וכו'; וואס איר וועט דארפן - וועט איר גלייך נאר פון אים בעטן.


איר קענט הערן מוזיק אדער א שיעור בשעת איר זאגט תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#67 - ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד?
תהלים, תפילה והתבודדות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד? עס איז מיר אזוי שווער, איך פיל ממש ווי איך האב נישט קיין בחירה, וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין אביסל גרינגער אין עבודת השם? וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין גרינגער זיך מתגבר זיין אויף מיינע יצר הרע׳ס? איך האלט זיך אין איין מחזק זיין מיט דאס וואס דער רבי זאגט "א טריט אריין אין בלאטע א טריט ארויס", אבער כאטש עפעס א ליכטיגקייט, עפעס א שטארקייט?


דאס אז איך זאל זיין אזוי פארקויפט צו מיינע תאוות, צו מיינע יצר הרע׳ס, איז מיר אזוי שווער, עס קומט מיך ממש צו וויינען ווען איך שרייב דעם בריוו, איך פיל אזוי ווי איך בין איינגעשפארט ביים יצר הרע. ווי אזוי קען מיר ווערן אביסל גרינגער? נאר אביסל מער כח? אביסל כח זיך צו קענען מתגבר זיין, איך פיל ווי איך וועל אייביג אזוי בלייבן חס ושלום; אפשר קען מיך די ראש ישיבה שרייבן אביסל חיזוק און עצות?


יישר כח פאר מיין שיינע זיסע לעבן וואס דער ראש ישיבה האט מיך געגעבן, ברוך השם מיין שלום בית ווערט מיר בעסער אין בעסער, מיין לעבן ווערט מיר זיסער און זיסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט ספרים מיט וואס זיך צו מחזק זיין; קוק אריין אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זיך זייער מחזק זיין.


לאמיר לערנען אינאיינעם א שטיקל לקוטי מוהר"ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה און סיי אין תפילה. "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב", געדענק גוט וואס איך זאג דיר, "כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


נעם די עצה פון התבודדות ותפילה; דער רבי האט אונז געגעבן א ליכטיגקייט, א זיסקייט - ווי אזוי מיר זאלן קענען זיך שטארקן אין די שווערסטע מצבים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון יעדע עבודה, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל גיין אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל שוין רחמנות האבן און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויסצוברענגן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, למשל מיר וואס מיר רעדן אידיש - זאגט דער רבי: "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", - איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


אודאי אין אנהויב וועסטו נישט שפירן ווי עס ווערט בעסער, דו וועסט נאר שפירן ווי מען דערווייטערט דיר; דאס זאל דיר נישט אפשוואכן, מיין נישט אז נאר דו גייסט אריבער די ביטערע שווערע נסיונות, נאר דיך פרובירט מען אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלֹא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה, עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעמען האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ, וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


געוואוין זיך צו צו זאגן תהילים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - מיין איך עס טאקע אמת'דיג אז איך וויל זיין אן ערליכער איד?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, דרשות, אמת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן, "איך וויל זיין ערליך", טראכט איך, 'ווער זאגט אז איך וויל טאקע זיין ערליך? אפשר זאג איך עס נאר ווייל עס איז די סטייל צו זאגן, נאר ווייל איך הער עס ביי די שיעורים?'


ענליך צו דעם טראכט איך אויך ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן אז איך וויל זיין גוט, טראכט איך דעמאלט אז דאס איז א פרומע זאך, איך טראכט אז איך זאל זיך נישט מאכן אזוי פרום, ס'איז סתם נאריש און קינדעריש.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן וועגן דעם?


יישר כח 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאג ווייטער פאר'ן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, ווייל דאס ווילסטו טאקע, און יעדער איד וויל זיין גוט, נאר דער יצר הרע פארדריידט אזוי און פארטומלט אזוי דעם מענטש - אז דער מענטש ווייסט שוין אליינס נישט וואס ער וויל; מען מיינט מען וויל עפעס אנדערש, אבער באמת וויל דער איד איין זאך, זיין ערליך און טון דעם רצון הבורא.


יעצט אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין די וועג פון רבי'ן, דו האסט גענומען די עצה פון התבודדות ותפילה - זאלסטו זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פונעם שטן און אפלאזן חס ושלום די הייליגע הנהגה. דער שטן ציטערט פון איין זאך, ער האט מורא אז דער מענטש וועט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט ווערט ער אויס, ער ווערט כְּלֹא, ווען דער איד קומט צום אייבערשטן און זאגט: "רבונו של עולם, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ אין עבירות, איך האב נאכאמאל פוגם געווען, העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף די נסיונות"; ווען דער מענטש רעדט אפאר אמת'ע ווערטער צום אייבערשטן - ווערן אפגעמעקט אלע עבירות, אלע קליפות ומשחיתים. דעריבער איז די עבודה פון רעדן צום אייבערשטן, פון איין זייט איז דאס די העכסטע זאך, און דעריבער איז דאס די שווערסטע זאך; דער סמ"ך מ"ם פארמאכט און פארקלעבט די מויל מען זאל נישט קענען רעדן די פאָר ווערטער.


עס איז אמת וואס דו טראכסט אז דו זאגסט די ווערטער ווייל דו הערסט דאס ביי די שיעורים, זייער גוט; זאלסט ווייטער צו הערן די שיעורים פון ישיבה - וועסטו דיין גאנץ לעבן זיך ציען צום אייבערשטן, דו וועסט וועלן זיין גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - איך האב שוין נישט קיין כח צו מיין ווייב, וואס קען איך טון?
שלום בית, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


איך גיי דורך יסורי נפש. מיין ווייב איז אויף שטארקע מעדעצינען פאר גייסטישע קרענק, זי איז שוין געווען אפאר מאל אין שפיטאל צוליב גייסטישע פראבלעמען, יעצט ברוך ה' איז איר מצב מער סטאביל אבער נאכאלץ נישט גרינג.


איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט געלט, יעדע וואך דארף איך ארויסקוועטשן געלט פון מענטשן.


די לעצטע צוויי יאר לערן איך ספרי ברסלב און ס'איז שטארק מחזק אבער איך פיל נישט אז עס טרייבט אוועק דעם יצר הרע לחלוטין.


איך האב שוין גערעדט מיט ערליכע אידן וועגן מיין ווייב, אלע האבן מיר געענפערט מער ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן "אלץ בעסער ווי צו זיין אליין".


איך האב אזוי לאנג געדארפט ווארטן א חתן צו ווערן, איך האב געדאוונט אסאך פאר מיין ריכטיגער זיווג. איך פיל ממש אז תפילה עושה מחצה, איך האב נאר באקומען האלב. ווען מ'קויפט א פאר שיך דארף ביידע שיך זיין די זעלבע מאס, א רעכטע מיט א לינקע און ביידע שיך פון די זעלבע פירמע. אויב עס פעלט איינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן איז עס נישט קיין פאר שיך, ס'איז צוויי שיך אבער נישט קיין פאר. ווען איינער האט בכלל נישט קיין שיך און מ'געבט אים שיך מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע חסרונות, איז עס טאקע בעסער ווי צו גיין בארוועס, אבער ווען מ'גייט מיט אזעלכע סארט שיך שטעכט עס נאכאלץ.


איך שפיר אז פון הימל האט מען מיר געגעבן סתם א ווייב, נישט א זיווג. זי קאכט נישט און זי קען אפילו נישט נייען, זי איז אן איבערגעגעבענע מאמע פאר די קינדער, איך דארף איר נעמען איבעראל צו אפוינטמענטס און די קינדער אויך, און איך קען זיך נישט ערלויבן בקביעות א קאר סערוויס, און ווען איך ווער נערוועז פון די עול, בא'שגצ'ט זי מיר, ווען איך פרוביר זיך מחזק זיין דורך הערן א שיעור וכדומה קומט אייביג א פרישע בלבול צו פון איר; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי האבן דיר זייער גוט געזאגט, ווי שווער עס איז דיר מיט דיין ווייב - וועט דיר זיין אסאך שווערער אן איר.


די אלע שיינע משלים, צוויי שיך, רעכטע מיט לינקע - איז אלעס פיין און וואויל ביז מען דערזעט זיך אליין, זיין אליין איז זייער ביטער. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט פאר'ן מענטש צו זיין אליין, "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (יבמות סג.): עס ווענדט זיך אינעם מענטש, 'זָכָה', איז מען ערליך, מען איז אפגעהיטן, מען לערנט, מען דאווענט, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט 'עוֹזַרְתּוֹ' - איז די ווייב אן עזר, זי העלפט דעם מאן, 'לֹא זָכָה', אויב איז מען נישט זוכה, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לעבט נישט מיט אמונה, דעמאלט 'כְּנֶגְדּוֹ' - איז זי אים א מתנגד, וואס ער וויל - זאגט זי פארקערט.


אז דו ווילסט זיך ווייניגער מוטשען מיט פרנסה זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב; רעד שיין צו איר, קוק שיין אויף איר, זוך אין איר גוטס - וועסטו ווערן א גרויסער עושר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", ווער עס איז מכבד די ווייב ווערט רייך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע רייכטום איז בזכות די פרוי; ווי אזוי מען פירט זיך צו איר - אזויפיל געלט געבט דער אייבערשטער.


פארוואס זאלסטו קרעכצן אז דו דארפסט איר נעמען און טראגן צו אירע פלעצער? וואס איז אזוי געפערליך צו נעמען די ווייב מיט די קאר?! דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב וואס היט דיר פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער עס איר אהיים ברענגען, "אָמַר לֵיהּ רַב: וְהָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! "אָמַר לֵיהּ" האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן; שמועס מיט אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, רעד צו אים אויף דיין שפראך, זאג אים ווי שטארק דו מוטשעסט זיך. אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) ווען אן ארעמאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.


א ליכטיגן חנוכה.

#64 - איך וויל שטארקן מיין אמונה, וואו קען איך זען מופתים?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מוהרא"ש, ספיקות, חנוכה, קשיות, נסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין יונגער מענטש, איך האב א שטוב מיט קינדער, איך בין אבער אין א גרויסע פארלעגנהייט מיט שטארקע ספיקות אין אמונה.


איך האב געליינט רחמנא ליצלן ספרים פון חקירה, אזוי ווי מורה נבוכים און נאך, און דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויב עס איז בכלל דא אזא זאך פון נסים למעלה מדרך הטבע, נסים וואס טוישן די טבע פון די וועלט.


איך האב זייער אסאך פרובירט זיך צו שטארקן מיט אמונה פשוטה, מיט התבודדות, מיט ברסלב'ע ספרים, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן.


איך זוך פשוט צו זען עפעס א נס, א מופת, און דאס וועט מיר פארענטפערן אלע ספיקות אין אמונה. איך פארברענג אסאך צייט זיך צו דרייען ביי צדיקים וואס מ'זאגט אז זיי זענען פועלי ישועות, כדי צו זען אפשר, אדער כאטש צו הערן פון א באגלייבטער כלי ראשון וואס איז נישט קיין בעל דמיון, עפעס וואס איז א קלארער נס, וואס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. צום ביישפיל א נס פון קפיצת הדרך וואס איז ממש למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן. למעשה האב איך עס אבער נישט געטראפן, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט מיין גאנצע הארץ, אויב איר קענט מיר טרעפן א באגלויבטער מענטש, וואס זאל מיר דערציילן אן אפענער נס וואס ער האט געזען ביי א צדיק, דאס וועט מיר בארואיגן.


און זיכער אויב דער ראש ישיבה שליט"א אליין קען אזא סארט צדיק וואס איך קען ביי יענעם זען א נס, אדער ער זאל זען אויף מיר מיינע עבירות און מצוות, וואס דאס וועט מיר ארויסנעמען פון מיינע ספיקות וואס פארטונקלען מיר מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט זען א נס? קוק זיך אליינס אן! אטעם אריין לופט און בלאז ארויס לופט - דאס איז די גרעסטע נס. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו) כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; אן דעם באשעפער קען מען נישט אריין אטעמען אפילו איין אטעם.


ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים, ווען זיי זענען אריין אין בית המקדש און געזען דעם גרויסן חורבן וואס די יוונים האבן געמאכט, מען האט נישט געקענט אנצינדן די הייליגע מנורה, אלע אויל זענען געווען טמא, פלוצלונג האבן זיי געטראפן א קריגל אויל, עס איז געווארן א נס אז עס האט געברענט אכט טעג, האבן די הייליגע חכמים מתקן געווען די הייליגע יום טוב חנוכה. פרעגט דער הייליגער בית יוסף (בית יוסף אורח חיים, סימן תר"ע) די באקאנטע קשיא, פארוואס מאכן מיר אכט טעג יום טוב חנוכה? פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל צו צינדן, דער נס איז געווען נאר זיבן טעג!


זאגט מוהרא"ש פון צדיקים, דאס אז אויל ברענט - איז דאך די גרעסטע נס! די הייליגע חשמונאים האבן געזען אז די טבע איז א נס, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, אלעס איז אייבערשטער! אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.), די טאכטער פונעם הייליגן רבי חנינא בן דוסא האט געוויינט צו איר טאטע, זי האט אנגעצינדן שבת לעכט, זי האט געמיינט אז עס איז אויל, למעשה איז דאס געווען עסיג און זי זאגט פאר איר טאטע: "עס גייט זיך יעצט פארלעשן און מיר וועלן זיצן שבת אין די פינסטער", האט דער הייליגער צדיק איר געזאגט: "וואס וויינסטו? דער אייבערשטער וואס זאגט אז אויל זאל ברענען קען מאכן אז עסיג זאל ברענען, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", זיי האבן מתפלל געווען און עס איז געשען א נס, די עסיג האט געברענט! עס האט געברענט נאך לענגער ווי די אויל, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת; אלע האבן געזען אז עס איז נישטא קיין טבע, די טבע אליינס איז אייבערשטער.


דו דארפסט תשובה טון פאר'ן לערנען די ספרים פון חקירה. דער רבי האט זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען די ספרים, אפילו ספרים פון הייליגע ראשונים - האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען. דו דארפסט תשובה טון, איבערבעטן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים שֶׁל הָאָדָם אִם לָמַד מוֹרֵה נְבוּכִים", מען קען דערקענען אויפ'ן פנים פונעם מענטש אויב ער האט געלערנט דעם ספר מורה נבוכים, "כִּי בְּוַדַּאי הוּא אוֹבֵד צֶלֶם אֱלֹקִים פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה עַל יְדֵי זֶה", מען פארלירט די צלם אלקים, די הייליגקייט פונעם פנים, "וּכְמוֹ שֶׁרוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁרֻבָּם כְּכֻלָּם שֶׁעָסְקוּ בְּאֵלּוּ הַסְּפָרִים בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, נַעֲשׂוּ אֶפִּיקוֹרְסִים גְּמוּרִים, וְהֵם חֲשׁוּדִים עַל כָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה. כִּי זֶה הַסֵּפֶר וְכֵן שְׁאָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים עוֹקְרִים אֶת הָאָדָם לְגַמְרֵי מֵאֱמוּנַת יִשְׂרָאֵל, וּמִתּוֹרָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה, וּמֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאַחֲרִיתוֹ עֲדֵי אוֹבֵד", די אלע וואס לערנען די ספרים פון חקירות ווערן ביים סוף אפיקורסים, די ספרים רייסן אויס די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, "גַּם אֲנִי דִּבַּרְתִּי עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים שֶׁהֵם כְּשֵׁרִים קְצָת, שֶׁלָּמְדוּ מִכְּבָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים, וְכֻלָּם אָמְרוּ בְּפֶה מָלֵא שֶׁהֵם מִתְחָרְטִים מְאֹד עַל זֶה שֶׁלָּמְדוּ, וְהַלְוַאי שֶׁלּא הָיוּ יוֹדְעִים מֵהֶם. וְהֵעִידוּ בְּעַצְמָן שֶׁרָאוּי לְהִתְרַחֵק מֵהֶם מְאֹד מְאֹד בְּתַכְלִית הָרִחוּק", איך האב גערעדט מיט מענטשן - זאגט דער רבי, וואס זיי זענען ערליך, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן אלע חרטה פאר'ן אריינקוקן אין די ספרים, און הלואי וואלטן זיי נישט אריינגעקוקט אין די אלע ספרים. "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מֵהֶם וּמְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד, כְּפִי מַה שֶּׁקִּבַּלְנוּ מֵאֲבוֹתֵינוּ כְּמוֹ שֶׁכְּלַל יִשְׂרָאֵל מַאֲמִינִים בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת שֶׁל שְׁטוּת וָהֶבֶל שֶׁלָּהֶם", וואויל איז דער וואס אנטלויפט פון די אלע זאכן, ער איז שטארק אין די אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, אן קיין שום נארישע חקירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך קיינמאל נישט טענה'ען אויף די אמונה, ווען מען איז געקומען צו אים פרעגן קשיות האט ער יענעם געמאכט צו נאר; ער האט יענעם געזאגט: "שטעל זיך אויף, זעץ זיך אראפ, הייב זיך נאכאמאל אויף און גיי אהער און גיי אהין", און מוהרא"ש פרעגט: "זאגט מיר, ווער וואקט אין דיר? ווער גייט אין דיר? ווער רירט זיך אין דיר? דאס אלעס איז נאר דער חלק אלוקי ממעל, א מענטש אן דעם אייבערשטן איז א שטיק פלייש וואס קען זיך נישט רירן, קען נישט קומען און קען נישט גיין"; ביז די אלע וואס זענען זיך געקומען טענה'ען מיט מוהרא"ש האבן תשובה געטון.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע וואס פרעגן 'וואו איז דער אייבערשטער?' זיי ווילן זען דעם אייבערשטן: "וואס איז לופט? ווי אזוי זעט אויס לופט? זיי מיר מסביר וואס איז לופט, וואו קען מען עס זען?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "לופט קען מען נישט זען, לופט איז אייבערשטער; דער אייבערשטער געבט די חיות פאר'ן מענטש".


אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין די ערגסטע פלאץ וואו א מענטש קען נאר אנקומען, דו האסט קשיות און ספיקות - איז דא איין עצה פאר דיר, די עצה פון התבודדות. גיי וויין צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין אמונה, איך גלייב נישט אין דיר; איך האב געטון א נארישקייט, איך האב אריינגעקוקט אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן, יעצט איז מיר דער קאפ פארדריידט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל האב אזא שטארקע אמונה אז איך זאל דיר זען, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס איך זאל אנהייבן גלייבן אין דיר אזוי ווי אמאל, געב מיר א שטארקע אמונה".


שרייען צום אייבערשטן - דאס וועט דיר העלפן, מאך זיך נישט משוגע פון זוכן מופתים וכו', גיי צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער, וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! איך בין אין א סכנה, די אמונה איז מיר פארלאשן! איך וווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, העלף מיר האבן אמונה".


דער רבי זאגט (שם): "קֻשְׁיָא" איז די ראשי תיבות: "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


מאך זיך א שיעור אין ספר יד החזקה פון הייליגן רמב"ם; דער רבי האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר פסק'נען ווי דער רמב"ם", אבער די אנדערע ספרים - זאלסטו נישט לערנען און נישט האלטן אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#63 - זאלן מיר פארקויפן די צירונגען, ווען מיר האבן נישט קיין פרנסה?
שלום בית, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מוטשען זיך יעצט זייער שטארק מיט פרנסה, האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי איך זאל פארקויפן מיינע עכטע צירונגען און נוצן דאס געלט פאר אונז? אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען העלפן מיין מאן מיט פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארקויפט נישט אייערע צירונג; זייטס ענק ביידע מחזק מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק - וועט דער אייבערשטער ענק געבן שפע, עס וועט ענק נתרחב ווערן די פרנסה.


מוהרא"ש זאגט: "שמחה ברענגט פרנסה", אז מען פריידט זיך און מען מאכט פרייליך אנדערע - דאס ברענגט פרנסה; אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר אים פרייליך מאכן, אים אויפבויען; געבט אים גוטע ווערטער, זייט אים מחזק - דאס וועט אים געבן מוט, עס וועט אים פרייליך מאכן און איינמאל מען איז פרייליך - קומט גרויס שפע.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן ביי די ליכט אין אייער שפראך, האלטס די הענט אויף די אויגן און וויינט צום אייבערשטן, זאגט אים אלעס וואס טוט אייך וויי. אזוי אויך ווען איר טוט אנדערע מצות, איר שיידט אפ חלה, אדער ווען איר גייט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך מיט אייערע ווערטער ארויס פון הארץ אויף אלעס וואס דרוקט אייך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - אויף וועלכע סדר זאל איך מאכן התבודדות?
תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאל זיך קובע זיין א צייט פאר התבודדות, און מ'זאל מתפלל זיין צום ערשט מבטל צו זיין איין מדה און תאוה רעה, און נאכדעם נאך א מדה רעה, און אזוי ווייטער ביז מען איז זוכה מבטל צו זיין אלע שלעכטס און נכלל ווערן בו יתברך.


למעשה מאך איך נישט התבודדות אויף דעם וועג, ווייל איך האב בלבולים אויף וועלכע סדר צו גיין, זאל איך גייען אויף א געוויסע אויסשטעל, צום ביישפיל לויט די א-ב, אדער די סדר התורות, אדער לויט וואס עס שטערט מיר דאס מערסטע דעמאלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל אסאך בעטן אויף שמחה, ווייל אין דעם איז אלעס תלוי; אז מען איז פרייליך - פאלט ממילא אוועק אלע תאוות און שלעכטע מידות, שמחה עפענט אויף די מוחין.


מוהרא"ש זאגט (מקור השמחה הודעות נחוצות, סימן כו): "על ידי השמחה נתרחב המוחין", דורך שמחה באקומט מען א קלארע מח, "והוא בן חורין ממש", מען ווערט א פרייער מענטש, "ורוב בני אדם שמשעבדין אל עסקיהם ותאוותיהם, הכל מפאת העצבות והמרה שחורה שיש להם", מענטשן זענען פארקנעכטעט צו שלעכטע זאכן - אלץ ווייל זיי זענען דערביטערט, "ועל כן העיקר לעשות כל מיני פעולות שבעולם לשמח את נפשו", דעריבער דארף מען טון אלעס אין דער וועלט זיך פרייליך צו מאכן, "וירקד ויגיל וישמח בשירים ונגונים להחיות את עצמו בכל מה שיכול", מען דארף טאנצן און זיך פרייען מיט זינגען לידער, זיך לעבעדיג מאכן מיט וואס מען קען נאר, "ואל יחשב שבזה שמתמרמר ומשבר את עצמו על עוונותיו עושה טובה לנשמתו", מען זאל נישט מיינען אז מיט דעם וואס מען איז דערביטערט, מען איז צעבראכן אויף די עבירות - מיט דעם טוט מען א טובה פאר זיך פאר די נשמה, "אדרבה, נותן בזה כח וחיות להסטרא אחרא", פונקט פארקערט, מיט דעם געבט מען כח פאר די סטרא אחרא, "שעיקר עניינם הוא מרירות ועצבות ומרה שחורה", וואס זייער גאנצע זאך איז ביטערניש און דעפרעסטקייט, "ועיקר ביטולם הוא רק על ידי ששון ושמחה, כל מה שישמח ביותר, כמו כן יתבטלו ממנו ביותר כל מיני סטרא אחרא וחושך", מען קען זיי נאר מבטל זיין דורך שמחה; ווי מער פרייליך מען איז - אלץ מער ווערן זיי אויס, זיי ווערן בטל ומבוטל, "כי השם יתברך הוא מקור השמחה, ועל כן כשהוא בשמחה אז הוא אצלו יתברך ממש". ווייל דער אייבערשטער איז דער מקור השמחה, ווי מער פרייליך מען איז - איז מען נענטער צו אים.


דעריבער זאלטו בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, יעדן טאג זאלסטו בעטן אויף דעם, דו זאלסט זיין פרייליך, און אלע אנדערע שלעכטע זאכן וועלן אוועק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - וואו איז די חז"ל אז א בת קול האט געזאגט אויף דוד המלך "ער רופט מיר טאטע"?
מחלוקת, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיינע שיעורים, יישר כח


איך האב געהערט ביי א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אין די סוכה, איבער דעם וואס מוהרא"ש זי"ע ברענגט אין אשר בנחל א מדרש אויפ'ן פסוק "הוא יקראינו אבי אתה", אז די סנהדרין האבן געוואלט אויסשליסן דוד המלך פון כלל ישראל, און ס'איז ארויסגעקומען א בת קול פון אונטער זייערע בענקעלעך "ער רופט מיר טאטע - הוא יקראינו אבי אתה".


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר צוצוכיינען וואו מוהרא"ש זי"ע שרייבט דאס אין אשר בנחל, ווייל דאס ווארט איז א מורא'דיגע זיסע ווארט, און איך האב פרובירט צו זוכן דעם מאמר חז"ל, און דערווייל האב איך עס נאכנישט געקענט טרעפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר מיינע ערשטע יארן, תחילת התקרבותי אין היכל הקודש, ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מוהרא"ש. דאס האט אזוי געשטארקט מיין התבודדות, עס האט מיר געגעבן אזויפיל כח צו פרובירן רעדן צום אייבערשטן און זאגן נאר די איינע ווארט: "טאטע, טאטע!"


ווי הויך און חשוב איז אין הימל ווען מען זאגט צום אייבערשטן: "טאטע!" דער מענטש וואס איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן וואס ער דארף אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע - שטייט העכער פון אלעמען, העכער פון די סנהדרין וואס זיי זענען די העכסטע, ער איז העכער פון זיי, ווייל (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי".


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקכ), איינער פרעגט מוהרא"ש די שאלה: "חִפַּשְׂתִּי בְּכָל הַמִּדְרָשִׁים, וְלֹא מָצָאתִי אֶת הַמִּדְרָשׁ הַנּוֹרָא שֶׁמּוּבָא כִּמְעַט בְּכָל סֵפֶר שֶׁנִּדְפַּס מִמּוֹהֲרֹא"שׁ שְׁלִיטָ"א - עַל הַפָּסוּק בִּתְהִלִּים: 'הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי'", איך האב געזוכט אין אלע מדרשים די וואונדערליכע מדרש וואס מוהרא"ש ברענגט שטענדיג אויפ'ן פסוק 'הוא יקראנו אבי', אז ווען די סנהדרין האבן געוואלט דן זיין דוד המלך, מען האט אים געוואלט פסל'ן פון זיין א איד - איז ארויס א בת קול פון אונטער זייער בענקל און געזאגט, איר זענט אים דן? ער רופט מיר טאטע! דער פרעגער פרעגט: "יָגַעְתִּי וְלֹא מָצָאתִי", איך האב געזוכט און נישט געטראפן, "אֶהְיֶה אָסִיר תּוֹדָה, אִם הַצַּדִּיק יַחֲזִיר לִי תְּשׁוּבָה - הֵיכָן נִמְצָא הַמַּאֲמָר הַזֶּה", איך וועל זיך זייער פרייען אויב מוהרא"ש וועט מיר ענטפערן וואו דאס שטייט.


און מוהרא"ש ענטפערט אים, עס איז א מדרש אין אוצר המדרשים, אז דוד המלך איז געראטעוועט געווארן דורך דעם וואס עס איז ארויס א בת קול און געזאגט פאר די סנהדרין: "איר ווילט זאגן אויף דוד המלך ער איז נישט קיין איד? ער רופט מיר טאטע!" און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.


אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (יבמות עו:) אז דואג האדומי האט געזאגט פאר שאול המלך, איידער דער קעניג אינטערעסירט זיך אויף דוד אויב ער איז פאסיג צו זיין א קעניג, זאל מען ערשט מברר זיין אויב ער איז בכלל ראוי צו זיין א חלק פון כלל ישראל, ווייל ער שטאמט פון רות המואביה. דואג האדומי איז געווען פון די בית דין פון שאול המלך, ער האט געוואלט פסל'ן דוד המלך לבוא בקהל וכו', און אזוי אויך אחיתופל, אבער ביים סוף זענען זיי געשטארבן מיט א מיתה משונה.


מוהרא"ש פירט אויס: "וואויל איז דער וואס געבט אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן איד, ער טשעפעט נישט קיינעם; ווייל דער וואס רודפ'ט א צווייטן וועט ביים סוף שטארבן מיט א מיתה משונה, ער ווערט פארשעמט ווערן פאר אלעמען, אזוי ווי דואג און אחיתופל".


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "אַשְׁרֵי הָאָדָם שֶׁזּוֹכֶה תָּמִיד לְהִתְחַבֵּא אֵצֶל הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא", וואויל איז דעם מענטש וואס באהאלט זיך ביים אייבערשטן, "שֶׁאָז הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר עָלָיו, וְיַפִּיל אֶת שׂוֹנְאָיו לְפָנָיו", וועט אים דער אייבערשטער אליינס אפהיטן פון אלעם שלעכטס און זיינע פיינט וועלן האבן א מפלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - איז דאס נארמאל אז איך דארף באדינען מיינע קינדער?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס בעט מיר מיין זון כסדר אז איך זאל טון פאר אים זאכן, אויפהויבן זאכן פאר אים פון דער ערד, אדער אים ברענגען א גלעזל וואסער ווען ער האלט אינמיטן ליינען, און אזוי ווייטער אלע סארט זאכן וואס ער קען אליין טון.


איך טראכט די גאנצע צייט אויב דאס איז נארמאל, אויב ס'פאסט אזוי צו טון, אדער דארף איך אים אויסלערנען אז ס'איז נישט שיין צו בעטן פון א טאטע אזעלכע זאכן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, דאס פילט אן מיט לעבן מיט אזויפיל גוטע זאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? די תורה זאגט נישט: "כַּבֵּד אֶת בִּנְךָ וְאֶת בִּתְּךָ", די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד דיין טאטע און מאמע.


עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן זיי מכבד זיין, פארלאנגען פון די קינדער זיי זאלן זיי באדינען; עס איז זייער וויכטיג דער טאטע זאל בעטן דאס קינד: "ברענג מיר א טרינק" וכדומה; עס איז זייער וויכטיג די מאמע זאל הייסן די קינדער: "הייב אויף דיינע וועש", "הייב אויף די שפילצייג"; אך און וויי פאר די עלטערן וואס לאזן די קינדער הפקר'דיג, עד כדי כך אז זיי באדינען די קינדער.


זייער אסאך מאכן דעם טעות, מען טראכט 'עס פעלט נישט אויס יעצט ווען די קינדער זענען קליין - זיי מחנך זיין, שפעטער ווען זיי וועלן גרויס ווערן דעמאלט גיי איך זיי אויסלערנען וויאזוי מען פירט זיך'; די עלטערן כאפן זיך נישט, ווען די קינדער ווערן גרויס איז שוין נישטא וואס צו טון, דעמאלט שפייען זיי די עלטערן אין פנים.


לערן דיינע קינדער ווען זיי זענען יונג ווי אזוי זיך צו פירן - וועסטו זען נחת פון זיי, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", זיי מחנך דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועסטו האבן מנוחה פון אים, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיר ברענגען נאר נחת.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און וועלן נאר דיר דינען, רבונו של עולם נעם אן מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר און געב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מסכים זיין צו ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שטארק זיך ברוך ה' צו מכבד זיין מיין ווייב, אבער זי איז זייער קעגן ברסלב, זי ציטערט אז מיר זאלן נישט ווערן א ברסלב'ע שטוב, דערפאר רעדן מיר בכלל נישט איבער די נושא פון ברסלב, ווייל ווי נאר עס קומט ארויף אויפ'ן טיש, ווערט זי זייער אויפגערעגט, עס שטערט איר זייער שטארק, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר אבער געשריבן אז זי דארף בכלל נישט וויסן אז איך באקום חיות פון ברסלב, האב איך דאן אנגעהויבן רעדן ווייניגער אינדערהיים פון ברסלב, זי זאגט אבער אז ס'העלפט איר נישט, ווייל ס'ווייסט דעם אמת פון וואו מיין חיות קומט, און ס'וועט נישט העלפן דאס באהאלטן, און אזוי מאכט זיך כסדר אז עס קומט ארויף און ס'ווערט אנצויגן אין שטוב.


מיין שאלה איז אבער אויב ס'איז נאך אן האפענונג פאר אונז צו האבן אן אמת'ע שלום בית. ס'איז דא ברוך ה' שלום אין שטוב, אבער אלעס איז גוט נאר ביז עס קומט צו ברסלב, דאס הייסט אז ווי לאנג זי וועט נישט אנהויבן מסכים צו זיין צו ברסלב, וועט נישט זיין קיין אמת'ע גאנצע שלום בית ביי אונז. זי זאגט מיר אז זי פארשטייט אז ס'איז איר פראבלעם, אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס גייט זיך טוישן, אפילו מיט תפלה.


איך האב געקלערט צו רעדן מיט מיין שוויגער, אז זי זאל איר שיינערהייט מסביר זיין אז מ'דארף זיך צושטעלן צום ווילן פונעם מאן, ווייל למעשה רעדט נישט מיין ווייב מיט קיינעם וועגן דעם פראבלעם, זי עסט זיך נאר ביי זיך אין הארץ, און אפשר וועט איר מאמע איר קענען ארויסהעלפן.


איך פארשטיי איר זייער גוט, זי איז אויפגעוואקסן אין א פלאץ וואו ברסלב איז אסור, און איך פארשטיי אויך אז כדי צו באקומען די מתנות פון הייליגן רבי'ן, דארף עס קומען מיט שוועריקייטן און מניעות, און ס'לוינט זיך, אבער נאכאלץ טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא קיין גאנצע שלום בית ביי אונז.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט דיין שוויגער, עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן; עס איז נישט כדאי אריין צו מישן די עלטערן, עלטערן ווילן הערן נאר גוטע גרוסן. עלטערן האבן שוין געהאט גענוג אין לעבן די אלע יארן וואס זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער ביז זיי זעען זיך שוין חתונה מאכן די קינדער, יעצט דארפן זיי נאר נחת, עס איז נישט גוט צו גיין צו זיי, אריינמישן די עלטערן.


דיין ווייב זאגט דיר עס וועט נישט העלפן קיין תפלה; ווער נישט פארלוירן, דו בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל לעבן מיט'ן רבי'ן. איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט איר, דו זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות, זי דארף נישט וויסן אויף וואס דו בעטסט, אז דו וועסט האבן סבלנות וועט זיך אלעס טוישן.


פיל שווערערע זאכן ווי דאס - קען מען טוישן מיט תפילה; אז דיין ווייב זאל וועלן נעמען דעם רבי'ן - איז נישט אזא גרויסע זאך, עס קען געשען א נס אין איין מינוט אז זי זאל וועלן דעם רבי'ן, זי זאל וועלן אז די גאנצע שטוב זאל לעבן מיט רבי'ן.


בעט אויך דעם אייבערשטן פאר דיר אליינס, אז דיין געפיל ביים רבי'ן זאל בלייבן שטארק; בעט נישט נאר פאר איר, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן מיט די ברען און פלאקער פון יעצט, קיינער איז נישט פארזיכערט, דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן מענטשן פון הייליגן רבי'ן, ער ווייסט אז כל זמן מען האלט זיך ביים רבי'ן האט ער נישט קיין שליטה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער אלעס פאררעכטן"; זאלסטו בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן, אלץ זיין פריש.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; דו רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, אין איר קאפ איז ברסלב געפערליך, גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם און זיכער נישט מיט איר; מיט איר זאלסטו שיין רעדן, אז זי פרעגט דיר זאלסטו איר זאגן וואס דער רבי געבט דיר, דאס איז דיין לעבן און דאס גייסטו נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#58 - ווי אזוי קען איך וויסן אויב די זאך וואס איך בעט, איז גוט פאר מיר?
הכנסת אורחים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, ס'געבט מיר גאר אסאך צו אין לעבן, פאר מיר און פאר די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן, אויב בעט איך עפעס דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען איך וויסן אויב ס'איז גוט פאר מיר אדער נישט, אפשר בעט איך א זאך וואס דער אייבערשטער וויל נישט איך זאל עס האבן?


למשל אויב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך דארף א סמארטפאון, אפשר וויל נישט דער אייבערשטער איך זאל עס האבן. און אפילו אויב בעט איך יא א גוטע זאך, אפשר ווייסט דער אייבערשטער אז די זאך איז נישט גוט פאר מיר. ווי אזוי קען מען וויסן די זאכן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך אריין בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן, הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש, "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס, ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו א ריינע אמונה און צו לערנען און דאווענען, זיין דבוק צו די הייליגע תורה און צו ערליכע אידן, דו זאלסט זיין פרייליך; אז מען האט דאס האט מען אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#57 - איז נאך דא פאר מיר א וועג ארויסצוקריכן פון שמוץ?
התחזקות, תהלים, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער, אבער איך מוז שרייבן.


דער ראש ישיבה זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים, "ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר אפגעהיטן אין מיינע בחור'ישע יארן פון שלעכטע זאכן", וואס זאל איך אבער טון? איך קען דאס נישט זאגן.


דער ראש ישיבה זאגט, "יעדער בר מצוה בחור טראכט 'איך גיי זיין א צדיק, איך הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן", איך האב דאס אבער נישט געטראכט, איך האב געטראכט אנדערע זאכן ביי מיין בר מצוה. איך האב געטראכט 'איך ווער שוין א גרויסע בחור, איך גיי שוין זיין מעכטיג', איך האב נישט געטראכט איך גיי זיין א צדיק.


אלע יארן ווען איך האב געזען ווי א בחור האט א טעלעפאן, האב איך אלץ מקנא געווען, אלץ געוואלט אריינקוקן און זען די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער זעט, ביז איך בין אליין אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן.


מיין מאמע האט א סמארטפאון, פארשטייט זיך אז זי לאזט נישט די קינדער דאס אנרירן, און עד היום ווייסט זי נישט ווען איך האב געקוקט און וואס איך האב געקוקט אויף איר טעלעפאן, רחמנא ליצלן.


אלץ ווען איך האב נאר געהאט א וועג צו קוקן עפעס וואס מען טאר נישט, בין איך געלאפן.


ברוך ה' איך האב חתונה געהאט, אבער מיין קאפ שטייט מיר ווייט פון גראד. איך האב נאכנישט פארגעסן פון די אלע שלעכטע זאכן, און ווען עס קומט מיר אונטער עפעס א געלעגנהייט לויף איך קוקן, אפילו איך ווייס אז דער אייבערשטער לאזט נישט, אפילו איך ווייס אז עס איז נישט גוט פאר מיר, אבער איך בין שוין אזוי אריינגעטון אין דעם אז מיין קאפ טראכט נאר פון טומאה, וואס קען איך טון?


איז דא אויך פאר מיר א וועג איך זאל אויסמעקן פון מיין קאפ אלע אלטע שמוץ און אנהייבן א נייע לעבן, טראכטן פונעם אייבערשטן און ווערן אן ערליכער איד? איך האב נישט קיין כח צו פאלן און פאלן, אין די צייט ווען איך זע אויס ווי א חסידישער, א פרומער, און א תלמיד חכם. איך שעם זיך פון מיך אליין אבער נאך מער דארף איך זיך שעמען נישט צו בעטן הילף. אסאך מאל טראכט איך ווען מענטשן זאל ווען וויסן וואס איך טו און וואס איך קוק וואלט קיינער נישט גערעדט מיט מיר. וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה, איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען א מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, ער שעמט זיך זייער פונעם אייבערשטן מיט וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה, ער נעמט זיך פאר אז ער גייט מער נישט טון די זאכן - איז דער אייבערשטער אים מוחל און ער איז זוכה צו קומען צו די העכסטע דרגא, העכער ווי אלע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", בעלי תשובה קומען אן אין א העכערע פלאץ וואו צדיקים קענען זיין; ווייל זיי זענען שוין געווען פארכאפט ביי די נישט גוטע און זיי האבן זיך פון דארט ארויסגעריסן און צוריק געקומען צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס תשובה איז; די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, ה): "אֲפִילוּ עוֹמֵד אָדָם וְעוֹשֶׂה גְדִישִׁין שֶׁל עֲבֵירוֹת", אפילו א מענטש האט געטון בערג פון עבירות, "אוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, יַעֲשֶׂה אָדָם תְּשׁוּבָה וַאֲנִי מוֹחֵל לוֹ", זאגט דער אייבערשטער ער זאל תשובה טון און איך וועל אים מוחל זיין, נאך זאגן די הייליגע חכמים (ילקוט הושע, תקלב): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אָדָם הַמְבַזֶּה אֶת חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים", ווען א מענטש פארשעמט איינעם ברבים, "וּלְאַחַר זְמַן מְבַקֵּשׁ לְרַצּוֹת אוֹתוֹ", נאך א שטיק צייט וויל ער יענעם איבערבעטן, "הוּא אוֹמֵר", ווען ער בעט יענעם איבער, זאגט דער וואס איז פארשעמט געווארן: "אַתָּה מְבַזֶּה לִי בָּרַבִּים וּמִתְרַצֶּה לִי בֵּינִי לְבֵינְךָ", דו האסט מיר פארשעמט ברבים און יעצט בעטסטו מיר איבער פריוואט?! "לֵךְ וְהָבֵא אוֹתָם אֲנָשִׁים שֶׁבִּזִּיתַנִי בִּפְנֵיהֶם", ברענג די מענטשן וואס האבן געהערט ווי דו האסט מיר פארשעמט, "וַאֲנִי מִתְרַצֶּה לָךְ", נאר אזוי וועל איך דיר מוחל זיין, "אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ כֵּן", אבער דער אייבערשטער איז נישט אזוי, "אֶלָּא אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשׁוּק", א מענטש וואס האט געלעסטערט דעם אייבערשטן אין גאס, אלע האבן געהערט ווי ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט דער אייבערשטער: "עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", בעט מיר איבער, אפילו פריוואט, און איך וועל דיר מוחל זיין.


זיי נישט מיואש, הייב אן פונדאסניי; אפילו דו ביסט שוין אראפגעפאלן אזויפיל מאל, דיין מח איז דיר פארדריידט, דיין קאפ טראכט נאר פון עבירות רחמנא לצלן און דו האלסט אין איין פאלן; הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק. אז דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דו וועסט אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון - וועסטו קומען אזוי הויך, ביז'ן אייבערשטן אליינס. אז מען טוט תשובה קומט מען אן ביז'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, שם): "מִנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָדָם יוֹרֶה חֵץ, כַּמָּה מַהֲלָךְ", ווען מען שיסט א פייל, וויי ווייט קען דאס פליען? עס קען פליען אזוי ווייט ווי א בית כור אדער כורים, "כַּמָּה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", אבער ווען מען טוט תשובה קומט מען ביז'ן אייבערשטן אליינס, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ".


טייערער ליבער ברודער, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט; גיי אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיינע יונגע יארן, דערצייל אים וואס דו האסט אלץ געטון, וואו דו ביסט געפאלן; דערצייל אים ווי דו האסט געקוקט אינעם טעלעפאן פון דיינע עלטערן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר יעצט ווען דו האסט שוין אין קאפ נישט גוטע זאכן; בעט דעם אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך בעט אין תהילים, אינעם קאפיטל פון תשובה (נא): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים", הייליגער באשעפער געב מיר א נייע הארץ, "וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", א נייע גייסט, א ריינע גייסט - באשאף אין מיר, קוק אריין אין די ווערטער פון די קאפיטל ווי דוד המלך טוט תשובה, ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאג די קאפיטל, לייג אריין די ווערטער: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף, מיר מעק אויס מיינע זינד, 'הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוֹנִי', וואש מיר אסאך אפ פון מיינע זינד, 'וּמֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי', רייניג מיר פון מיין עבירה, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, זיי מיר מוחל, 'כִּי פְשָׁעַי אֲנִי אֵדָע', ווייל איך ווייס מיינע זינד, 'וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד', מיינע זינד שטייען פאר מיר א גאנצן צייט, איך האב שטענדיג חרטה דערויף, דעריבער בעט איך דיר, 'הַסְתֵּר פָּנֶיךָ מֵחֲטָאָי', קוק נישט אויף מיינע עבירות, 'וְכָל עֲונֹתַי מְחֵה', מעק זיי אויס; רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, 'לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים', באשאף מיר א נייעם הארץ, 'וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי', א נייע גייסט געב מיר, איך זאל מער נישט זינדיגן; מיין אלטע קאפ, מיין אלטע הארץ איז אזוי פארשמירט, איך דארף א נייע הארץ, 'אַל תַּשְׁלִיכֵנִי מִלְּפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער, ווארף מיר נישט אוועק פון דיר, זיי מיר מקרב צו דיר, געב מיר נאך א שאנס, 'וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנִּי', נעם נישט אוועק פון מיר דיין הייליגקייט, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק, מיין קאפ איז מיר אזוי פארדריידט".


אזוי זאלסטו בעטן ביי התבודדות, וויין צום אייבערשטן; ער הערט דיר אויס, ער ווארפט דיר נישט אוועק אפילו ער ווייסט פונקטליך יעדע מעשה, דיבור און מחשבה דיינע.


דו שרייבסט אז מענטשן וואלטן נישט גערעדט מיט דיר ווען זיי ווייסן ווער דו ביסט, אבער דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד) אויפ'ן פסוק (איוב לא, לב): בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר - "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים; אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו באקומען א נייעם הארץ, א נייעם קאפ און א נייעם מח, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; תהילים וועט דיר ברענגען דו זאלסט קענען שטיין שטארק און נישט צוריק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#56 - א תפלה אן טרערן, ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי יעדן טאג מאכן התבודדות, ווען איך האב אבער נישט קיין אמת'דיגע געפיל צו רעדן צום אייבערשטן, עס קומט מיר נישט קיין טרערן ביים רעדן, שפיר איך אז ס'איז נישט געווען קיין ריכטיגע התבודדות, און אז דער אייבערשטער האט נישט אנגענומען מיין תפלה, איז דאס ריכטיג?


ס'מאכט זיך צומאל אז איך האב אן אמת'ע התעוררות, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן, אבער אסאך מאל קום איך נישט אן צו דעם. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי איז א גרויסע זאך אז מען זאל זיך גוט אויסוויינען בשעת מען גייט התבודדות, אבער אויב מען טראכט א גאנצן צייט 'ווען גיי איך וויינען?' דאס איז נישט גוט.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן, ווען מען גייט שוין קענען וויינען. "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן דאס התבודדות, "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען איז גוט, און אז נישט איז ווייטער גוט.


זיי ממשיך מיט די הייליגע עבודה, זיי שטארק מיט התבודדות; קוק נישט אויב עס קומט מיט געפילן אדער נישט. דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דערצייל אים ווי שווער עס גייט דיר, ווי דער יצר הרע לאזט דיר נישט אפ - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ביז מיין שידוך קומט אן?
שידוכים, סבלנות, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין 23 יאר ב"ה, און איך בין זייער צובראכן געווערן אז איך בין נאכאלץ נישט קיין חתן געווארן.


איך בין געפארן קיין יבנאל צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע, איך האב דארט אויסגעזאגט גאנץ תהילים און איך האב זיך מחזק געווען אז איך וועל זיכער געהאלפן ווערן. איך האב געהערט די שיעור וואס דער ראש ישיבה זאגט אז מען דארף אויסווארטן און האבן געדולד ווייל א ברכה פון א צדיק ווערט מקוים צום סוף, אבער איך האב שוין נישט קיין געדולד צו ווארטן אזוי לאנג, איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן טאג, וואך, און חודש. איך קען נישט מאכן קיין פלענער ווייל איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, אפשר וועל איך ווערן א חתן בקרוב, און ווען איך זע אז ס'גייט אריבער נאך א טאג, און א וואך, און א חודש, טראכט איך וואס פאר א טיפש בין איך געווען, איך האב עס יא געקענט מאכן. און אזוי גיי איך אריבער שווערע טעג, איך האב נישט קיין טעם צו גיין ארבעטן, איך דאווען און איך לערן און איך האב שוין נישט קיין כח צו הערן אז נאך איינער איז א חתן געווארן, ספעציעל ווען יענער איז נאך יונגער פון מיר.


איך ווייס נישט וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון וואס פאר א פלענער רעדסטו? וואס וואלסטו געקענט מאכן?! דאווענען און לערנען דארף מען סיי אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס פאר א פלענער וועט צעשטערט ווערן אויב דו ווערסט א חתן.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו קענסט נישט אויסהאלטן צו זיין איינער אליין; די בעסטע עצה איז זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן, די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו - זאלסטו זאגן דעם אייבערשטן. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר שוין ברענגען דיין שידוך, שמועס מיט אים אין דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט; דאס אליינס, דאס בעטן דעם אייבערשטן - וועט דיר געבן כח צו האבן סבלנות. ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף דעם מענטש און געבט כח צו ווארטן ביז די ישועה קומט.


ביז דערווייל, ווילאנג דו האסט נאך נישט דיין שידוך זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום און רש"י ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, אזוי זאלסטו טון וואך נאך וואך. אויך זאלסטו לערנען משניות, זע צו לערנען ח"י פרקים משניות; משניות איז מתקן דעם מענטש, עס רייניגט די נשמה. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא און אויך זאלסטו לערנען הלכה. דאס דארף מען לערנען אלס קינד, אלס בחור, אלס חתן און נאך די חתונה. מאך זיך פלענער וויפיל צו לערנען, דאס וועט נישט צעשטערט ווערן אז די ווערסט א חתן אדער אז דו ביסט נאך נישט קיין חתן.


איך בעט דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות, געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך; אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ - זאלסטו זיך אויפהייבן, אז דו ווערסט נכשל אין עבירות, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן - זאלסטו נישט ווערן מיואש, נאר זאלסט תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין א איד"; וויין צו אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט פוגם זיין; וואס טו איך מיט מיינע ביטערע שווערע נסיונות?!


פארליר זיך נישט, דיין ישועה איז שוין זייער נאנט; דו וועסט האבן דיין שידוך בקרוב ממש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - מעג מען לערנען בשעת'ן דאווענען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, בעל תפלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואו ער רעדט זייער שארף קעגן דאס לערנען משניות און גמרא וכדומה בשעת'ן דאווענען.


אין דעם בית המדרש וואו איך דאווען איז דא א רב וואס דאווענט זייער לאנג, רוב עולם ליינען גליונות און בלעטלעך בשעת'ן דאווענען, האב איך געקלערט צי ס'איז נישט ענדערש אז איך זאל אין די צייט אריינכאפן אביסל משניות, גמרא, תהלים, און אזוי ווייטער, אין די צייט וואס מ'דארף סיי ווי ווארטן אויפ'ן רב. איז דאס א פראבלעם?


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר שטענדיג מחזק, איך קען זיך נישט פארשטעלן אין וואסערע מצב איך וואלט געווען אן די שיעורים.


איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ווייטער ממשיך צו זיין מיט א שטארקייט מיט די הייליגע ארבעט, איך בין זיכער אז ס'קומט נישט אן גרינג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך מסדר זיין צו לערנען דיינע שיעורים ווען דו דאווענסט אין א מנין וואס דאווענט זייער לאנג.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט אזוי טון; ווען מען האט אים אסאך מאל אריינגערופן משלים זיין דעם מנין ביים סקולענער רבי זכרונו לברכה, דאס דאווענען האט גענומען זייער לאנג, האט מוהרא"ש אויסגערעכנט ווי לאנג עס נעמט אים צו דאווענען, ער האט געלערנט זיינע שיעורים און ווען דער בעל תפלה האט געהאלטן אריין אינעם דאווענען - האט ער אנגעהויבן דאווענען.


איינער איז מיר געקומען זאגן אז עס קומט אים א מזל טוב, ער האט מסיים געווען כל התורה כולה - תנ"ך, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, וכו' וכו'; יענער דאווענט ביי אונז אין בית המדרש, ער דאווענט נישט קיין איין ווארט, בשעת קריאת התורה הערט ער נישט אויס דאס ליינען, ער איז גורס זיינע שיעורים, בשעת מען זינגט זמירות זינגט ער נישט מיט, ער איז גורס זיינע שיעורים; האב איך אים געזאגט: "נישט דאס האט דער רבי געוואלט, דער רבי האט קלאר געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): 'עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת', דער עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. נישט זוכן קיין חכמות, נאר ווען מען דאווענט - זאל מען דאווענען, ווען מען ליינט די תורה - זאל מען אויסהערן די קריאה, און ווען מען זינגט זמירות זאל מען מיטזינגען".


רבי נתן שרייבט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) מורא'דיגע ווערטער: "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם, הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן, "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט ווער עס קען זאגן אסאך תחינות און בקשות וואס איז געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך, "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", און דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס זיי זענען אויבער חכמים און זיי זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה און אנדערע פשוט'ע עבודות, "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך צו פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


שרייבט ווייטער רבי נתן: "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


אז מען דאווענט אויסגעצויגן איז עפעס אנדערש, אבער אז מען דאווענט נישט שטייט - ווי קען מען לערנען בשעת'ן דאווענען? דעם קומט נישט קיין מזל טוב, ענדערש זאל מען דאווענען און אויסהערן דאס ליינען, און ווען מען שמועסט זייטיגע זאכן - דעמאלט זאל מען לערנען שיעורים כסדרן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווי אזוי היט איך אפ מיין קינד פון אן עין הרע?
קינדער, תפילה והתבודדות, עין הרע, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר אונזער שיינע לעבן אין זכות פון די שיעורים, איך און מיין מאן זענען זיך מחי' און מחזק, און די חיזוק און עצות באגלייטן אונז אויף טריט און שריט.


איך האב געוואלט פרעגן; ווען איך גיי אויפ'ן גאס מיט מיין קינד, ווער איך כסדר אפגעשטעלט דורך אנדערע פרויען וואס זאגן מיר ווי שיין און ווי זיס דאס קינד איז. דארף איך מורא האבן פאר אן עין הרע? און אויב יא, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שיין ענקער לעבן איז, איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות.


בנוגע עין הרע וכו'; יעדעס מאל איר גייט צווישן מענטשן און מען רומט אויס אייער קינד, מען פארוואונדערט זיך אויף די שיינקייט וכו', זאלט איר גלייך געבן די קרעדיט פאר'ן אייבערשטן, גלייך זאגן הויך, יענער זאל הערן: "יישר כח אייבערשטער", - דעמאלט וועט נישט שאטן קיין עין הרע; אז מען נעמט די גדולה פאר זיך - דעמאלט שאט די עין הרע.


מען דארף זייער אכטונג געבן שטענדיג צו געבן די גאנצע כבוד און גדולה פאר'ן אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "כִּי צָרִיךְ כָּל אָדָם לְמַעֵט בִּכְבוֹד עַצְמוֹ וּלְהַרְבּוֹת בִּכְבוֹד הַמָּקוֹם", מען דארף אכטונג געבן צו געבן די כבוד פאר'ן אייבערשטן, מען זאל וויסן און געדענקען אז אלעס וואס מען האט - איז נאר פונעם אייבערשטן; אז מען האט געלונגענע טאלאנטן דארף מען טראכטן 'דאס האט נישט מיט מיר, דאס איז א מתנה פונעם אייבערשטן', 'אז איך האב גוטע קינדער, שיינע קינדער - האט דאס נישט מיט מיר, דאס איז מתנות פונעם אייבערשטן', "כִּי מִי שֶׁרוֹדֵף אַחַר הַכָּבוֹד, אֵינוֹ זוֹכֶה לִכְבוֹד אֱלֹקִים, אֶלָּא לְכָבוֹד שֶׁל מְלָכִים, שֶׁנֶּאֱמַר בּוֹ (משלי כה, ב): 'כְּבֹד מְלָכִים חֲקֹר דָּבָר', וְהַכֹּל חוֹקְרִים אַחֲרָיו וְשׁוֹאֲלִים: מִי הוּא זֶה וְאֵיזֶהוּ, שֶׁחוֹלְקִים לוֹ כָּבוֹד הַזֶּה, וְחוֹלְקִים עָלָיו, שֶׁאוֹמְרִים שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לַכָּבוֹד הַזֶּה", ווייל אויב מען נעמט די כבוד פאר זיך אליינס, מען טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן - דעמאלט קוקן מענטשן שלעכט, מען זוכט ווי מען קען שלעכטס טון דעם מענטש, "אֲבָל מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַכָּבוֹד, שֶׁמְּמַעֵט בִּכְבוֹד עַצְמוֹ וּמַרְבֶּה בִּכְבוֹד הַמָּקוֹם", אבער אז מען אנטלויפט פון כבוד, מען געדענקט 'אלעס וואס איך האב, אלעס וואס איך בין - אלעס איז דער אייבערשטער, די גאנצע כבוד קומט אים', "אֲזַי הוּא זוֹכֶה לִכְבוֹד אֱלֹקִים, וְאָז אֵין בְּנֵי אָדָם חוֹקְרִים עַל כְּבוֹדוֹ אִם הוּא רָאוּי אִם לָאו, וְעָלָיו נֶאֱמַר (משלי, שם): 'כְּבֹד אֱלֹקִים הַסְתֵּר דָּבָר', כִּי אָסוּר לַחֲקֹר עַל הַכָּבוֹד הַזֶּה", אויף אזא מענטש איז נישט שייך קיין עין הרע, מען קען אים נישט שלעכטס טון.


אז איר שפירט עס איז דא שלעכטע אויגן אויף אייך און אייער קינד, איז דא אן עצה פון מוהרא"ש ווי אזוי דאס אוועק צו נעמען. מוהרא"ש זאגט א סגולה פון גיסן זאלץ ביים טיר; ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען אויסגיסן זאלץ ביים טיר, אויף די לענג פונעם שוועל ביים ערשטן אריינגאנג, וועט די עין הרע אוועק גיין.


דער עיקר עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון עין הרע - איז דורך תפילה, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט ווערן געשעדיגט פון מענטשן וואס קוקן שלעכטס. עס איז דא א שיינע תפילה פון רבי נתן זכותו יגן עלינו (לקוטי תפילות חלק א', תפלה נד) וואו ער בעט זיך ביים אייבערשטן; זאגט די תפילה וועט איר געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס:


"וּבְכֵן יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתִּרְאֶה בְּעָנְיֵנוּ וְדָחֳקֵנוּ וַעֲמָלֵינוּ, וְתָשׁוּר בְּעָנְיֵנוּ וְתַבִּיט בַּעֲמָלֵנוּ וְתָצִיץ עָלֵינוּ בְּרַחֲמֶיךָ, וְתַשְׁגִּיחַ עָלֵינוּ בְּעֵין חֶמְלָתֶךָ וְתִשְׁמְרֵנוּ בְּרַחֲמֶיךָ הַטּוֹבִים, וְתַצִּילֵנוּ תָמִיד מֵרַע עַיִן, שֶׁלֹּא יִהְיֶה לָנוּ שׁוּם עַיִן רָעָה עַל שׁוּם אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם רַק נִסְתַּכֵּל תָּמִיד עַל כָּל אֶחָד בְּעַיִן טוֹבָה, וְנִזְכֶּה לִהְיוֹת מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם שֶׁיֵּשׁ בָּהֶם שְׁלשָׁה מִדּוֹת טוֹבוֹת שֶׁהֵם עַיִן טוֹבָה וְנֶפֶשׁ שְׁפָלָה וְרוּחַ נְמוּכָה וְתִשְׁמְרֵנוּ וְתַצִּילֵנוּ מִתַּלְמִידָיו שֶׁל בִּלְעָם הָרָשָׁע שֶׁיֵּשׁ לָהֶם שָׁלֹשׁ מִדּוֹת רָעוֹת שֶׁהֵם עַיִן רָעָה וְרוּחַ גְּבוֹהָה וְנֶפֶשׁ רְחָבָה אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, אַדִּירֵנוּ, בּוֹרְאֵנוּ, גּוֹאֲלֵנוּ, יוֹצְרֵנוּ, קְדוֹשֵׁנוּ, קְדוֹשׁ יַעֲקב רוֹעֵנוּ, רוֹעֵה יִשְׂרָאֵל, הַמֶּלֶךְ הַטּוֹב וְהַמֵּטִיב לַכֹּל, טוֹב עַיִן בֶּאֱמֶת, זַכֵּנִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים שֶׁאֶזְכֶּה לְהִתְדַבֵּק בְּמִדּוֹתֶיךָ הַטּוֹבִים לִהְיוֹת טוֹב עַיִן בֶּאֱמֶת תָּמִיד וְתַצִּילֵנוּ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים מֵעַיִן רָעָה שֶׁלֹּא יִשְׁלֹט בָּנוּ שׁוּם עַיִן רָעָה מִשּׁוּם אָדָם וּמִשּׁוּם נִבְרָא שֶׁבָּעוֹלָם וְלֹא יִהְיֶה לְהָרַע עַיִן שׁוּם כֹּחַ וְשׁוּם שְׁלִיטָה וְלֹא יוּכַל לְהַזִּיק לָנוּ כְּלָל חַס וְשָׁלוֹם לֹא בְּגַשְׁמִיּוּת וְלֹא בְּרוּחָנִיּוּת".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#52 - ווי אזוי היט מען זיך פון טערעפיסטן וואס מאכן נאר ערגער?
שלום בית, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א לאנגע צייט א צוהערער פון די שיעורים, בעיקר די קורצע שיעורים "חיזוק יומי", און איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטארק מעורר איבער די ענין פון טערעפיסטן, דערפאר וויל איך שרייבן מיין ערפארונג אין דעם ענין.


איך האב חתונה געהאט פאר צוואנציג יאר צוריק, און קומענדיג פון א שווערע שטוב, וואו מען האט מיר כסדר אראפגעקלאפט, נישט פאר שלעכטיגקייט, נאר מיינע עלטערן האבן זיך אליין אויך געמוטשעט מיט זייערע פראבלעמען, בין איך געווען ממש גייסטיש קראנק פון דעם, און איך האב געהאט שווערע פערסאנאלעטי פראבלעמען, וואס מיין משפחה האט מיר געמאכט גלייבן אז עס איז מיין מאן וואס איז שולדיג אין דעם, און אז ער באהאנדלט מיר נישט ריכטיג און בדרך כבוד. און זיי האבן מיר געשטופט און ממש געצווינגען צו גיין פאר טערעפי, מכלומר'שט צו פאררעכטן מיין מאן, און אים שטעלן אין פלאץ, און אז איך זאל וויסן ווי אזוי 'אראפצושטעלן א פיס', א זאץ וואס איך האב געהערט פון מיין פאמיליע כאטשיג צען טויזנט מאל, און זיך נישט לאזן פון אים.


האלטנדיג יעצט צוואנציג יאר שפעטער, בין איך שוין געווען ביי ארום 25 טערעפיסטן עסקנים און רבנים, און אויסגעגעבן ארום 240,000$ דאלער, און געהאלפן האבן אלע פארשטייט זיך א גרויסע גארנישט!


נאך א נסיון וואס דער באשעפער האט אונז לעצטענס געשיקט מיט א קינד, האב איך ב"ה געטראפן דעם ריכטיגן וועג, מיט דער הילף פון א חשובע אמת'ע ערליכע פרוי, און אויך זיך צוהערנדיג צום ראש ישיבה'ס שיעורים, און זיינע עצות פון תפלה, טייכן הייסע תפלות, האבן מיינע אויגן ענדליך אויפגעלאכטן, איך האב איינגעזען אז דער פראבלעם איז באמת 'איך', און די שווערע יארן אלס קינד האט מיר געשעדיגט, איך האב אנגעהויבן זען ווי מיין מאן האט אזוי שטארק פרובירט אלע יארן צו זיין גוט צו מיר, אבער איך האב אים נישט געלאזט, איך האב אים נאר אראפגעקלאפט די גאנצע צייט, ווייל דאס איז געווען דער געדאנק ווי אזוי מיין משפחה האט עס אראפגעשטעלט פאר מיר, אז מיין מאן איז דער שולדיגער, און איך בין נאר געווען ביזי 'אים' צו פאררעכטן.


ליידער ווייס איך היינט דער פאקט וויפיל צער איך האב גורם געווען צו מיין מאן די אלע יארן, און אויך דער צער וואס איך האב געהאט אלע יארן אין רעזולטאט. אבער נישט איבער דעם וויל איך שרייבן, נאר איבער די צוואנציג יאר טערעפי וואס מיר זענען אדורך, און גענוי אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די דרשות, בין איך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן אלטע מיידלעך פון 50 יאר אלט [... און ...], און איך האב עכט געגלייבט אז זיי גייען פאררעכטן מיין שלום בית און מיר אויסלערנען חינוך פאר די קינדער. מיין מאן פלעגט וויינען אז ער וויל נישט גיין אבער מיין משפחה האט מיר געדריקט צום וואנט אז איך זאל אים צווינגען צו קומען.


איין אלטע מיידל פון 40 יאר [...] האט מיר אפילו געראטן זיך אפצוטיילן פון מיין מאן פאר עטליכע חדשים כדי אים צו צוברעכן. אזוי זענען מיר אויך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן גרושות און גרושים [צווישן זיי ..., און נאך]. איך שרייב ארויס די נעמען פון די טערעפיסטן כדי איבערצוצייגן אז איך זאג דעם אמת, און אז דער ראש ישיבה איז גערעכט.


היינט ווען איך קוק צוריק, זע איך וואספארא צדיק מיין מאן איז געווען, ווי שטארק ער האט נעבעך געליטן פון מיר, און ווי געטריי ער האט פרובירט צו זיין צו מיר אלע יארן, און איך האב אים ממש נישט געלאזט. ער איז אזא צדיק אז ער האט נישט היינט קיין טראפ טענות צו מיר, וויסנדיג אז איך בין געווען א צוקלאפטע קינד, געשטופט דורך מיין משפחה דאס צו טון צו אים.


אבער נאכמער קוק איך צוריק מיט ווייטאג איבער די נקודה פונעם ראש ישיבה, אז די אלע אויסגערעכנטע נעמען פון די טערעפיסטן זענען די סאמע סוקסעספולסטע טערעפיסטן ביי אונזער היימישע עולם, הונדערטער און טויזנטער היימישע קאפעלס גייען צו זיי, און ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט האט מען מיר געגעבן די בעסטע אינפארמאציע אויף זיי, אפילו די באקאנטע ארגאניזאציע ... האט מיר געזאגט אז זיי זענען די בעסטע אין דעם פעלד, און איך זאל גיין צו זיי.


היינט, ווען איך בין שוין ברוך ה' געזונט, קוק איך צוריק און איך שטוין, ווי אזוי האב איך אפילו געמיינט אז אזעלכע מענטשן, וואס זענען די גרעסטע דורכפאל אין זייער אייגענע לעבן, זיי האבן קיינמאל נישט געקענט חתונה האבן, אדער האבן זיי זיך געג'ט, מענטשן מיט פארוויקלטע שווערע פערסאנאלעטיס, וועלן מיר קענען העלפן פאררעכטן מיין שטוב?! העלפן מיט די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים?! ווען זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קינד? זיי ווייסן אפילו נישט וואס מיינט האבן א אייגן קינד.


און איך ווייס אז איך בין נישט די איינציגסטע, נאר הונדערטער אנדערע גייען צו זיי פאר הילף, צי זענען מיר טאקע דער עם חכם ונבון? ווי אזוי לאזן די רבנים צו מען זאל גיין צו אזעלכע מענטשן פאר טערעפי?! שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז יעדער לייסענסד טערעפיסט (אויב מען איז נישט לייסענסד טאר מען ח"ו נישט גיין צו זיי), האט זיך געלערנט יארן אין א גוי'אישע סקול, אויף גוים און א גוי'אישע לעבנסשטייגער, ווי אזוי קענען זיי קומען און נוצן זייערע לערנונגען אויף אונזער היימישע עולם? אויף אונזערע הייליגע קינדער?


אבער אויב זיי וואלטן געקענט העלפן למעשה איינעם ארויסקריכן פון זייערע פראבלעמען, וואלט איך געווען שטיל, נאך אלעם קען מען טענה'ן אז חכמה בגוים תאמין, די תורה זאגט ורפא ירפא אז מען דארף גיין צו א דאקטאר זיך היילן; פאקטיש אבער האט קיין איין טערעפיסט, אפילו די אזוי גערופענע פארהייראטע מיט נארמאלע שטיבער, צו וועם מיר זענען געגאנגען דורכאויס די יארן, ממש גארנישט גארנישט געקענט העלפן, איך געדענק נישט אפילו איין קליינע טראפ הילף וואס איך האב באקומען פון זיי די אלע יארן, אויסער צו אראפשטעלן גרעניצן קעגן מיין מאן, קעגן מיינע קינדער, און מיר אויפגעהעצט קעגן מיין מאן און קינדער, זיך נישט צו לאזן פון זיי, וואס דאס האט נאר געשטערט מיין שטוב ברוחניות וגשמיות.


א שאד אז מ'קען נישט צוריק בעטן קיין געלט פון די טערעפיסטן, אז אויב זיי קענען נישט העלפן באקומט מען צוריק דאס געלט, וואלט איך כאטש געקענט אראפלייגן געלט צו קויפן אן אייגענע דירה. יעדע אנדערע דאקטאר וואס האט ווען אזעלכע שלעכטע רעזולטאטן וואלט מען גערופן אין געריכט און ער וואלט ארויס פון ביזנעס.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל ווייטער רעדן און האקן, אפילו איך שטעל זיך פאר אז דער ראש ישיבה ליידט פאר זיינע רייד, אבער ער איז מציל אזויפיל אידן פון צער.


ווי אויך וויל איך בעטן מיינע טייערע שוועסטער, אידישע מאמעס, הערט אייך צו צו די ווערטער פון ראש ישיבה, נישט בלויז איז עס די תורה'דיגע וועג, נאר די פראקטישע און אמת'ע וועג, איך בין עס דורך און איך קען אייך דאס איבערצייגן. אויב אייערע עלטערן אדער געשוויסטער העצן אייך קעגן אייער מאן, זייט וויסן אז זיי זענען דער יצר הרע אליינס, וואס האט אזויפיל וועגן ווי אזוי ער קומט צו צום מענטש. און יא, צומאל ליידער אויך אין לבוש פון געשוויסטער וואס האבן כלומר'שט רחמנות אויף דיר און ווילן דיר העלפן.


איך האף אז די פירסום פונעם בריוו וועט העלפן אנדערע אידן, און עס זאל זיין א זכות פאר מיין נשמה, און א תיקון אויפן אומבאשרייבליכן צער וואס איך האב גורם געווען פאר מיין מאן אזויפיל יארן.


איר קענט מפרסם זיין דעם בריוו, אבער ביטע ארויסנעמען אלע נעמען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה, וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ, אִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", א מאן קען נישט זיין אן א ווייב, און א פרוי קען נישט זיין אן דעם מאן, און ביידע פון זיי - קענען נישט זיין אן דעם אייבערשטן.


מען קען נישט זאגן אנדערש פון די תורה, די תורה איז חכמתו יתברך, וואס די הייליגע חכמים זאגן – זאגט דער אייבערשטער; ווער עס זאגט אנדערש – איז א פארפירער. די אלע וואס העצן אויף די פרוי קעגן די מאן, אדער פארקערט - די זענען פארפירערס. אך און וויי פאר ווער עס פאלט אריין ביי זיי אין די הענט ה' ירחם, די אלע וואס רעדן איין די ווייב זי זאל נישט היטן די הלכות וכו', אזוי וועט זיך דער מאן צעברעכן וכו' – די האבן נישט קיין תשובה.


מוהרא"ש זאגט, ווען משיח וועט קומען וועט מען זיי הענגען, והוקע אותם, אין אלע גאסן וועלן הענגען די וואס טיילן אפ מענער פון די ווייבער און ווייבער פון די מענער, ווייל זיי פארטרייבן די שכינה הקדושה; די שכינה רוט נאר וואו עס איז דא מאן און ווייב, און זיי זענען גורם אז מען פאלט נאכדעם אראפ אין ביטערע עבירות וואס ברענגען אלע צרות.


עס איז א גרויסע סכנה צו גיין צו טערעפי, אפגערעדט אז עס איז א שאד די געלט, א שאד די צייט; זיי קענען קיינעם נישט העלפן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי אזוי קענען זיי העלפן אנדערע? אלע פון זיי זענען קרויסע קלעצער, פוילע מענטשן, בפרט די פרויען טערעפיסטן וואס האבן משפחות, אנשטאט זיין א מאמע פאר די קינדער, א ווייב פאר'ן מאן, פירן א אידישע שטוב – אנטלויפן זיי פון זייער ארבעט פון דערביטערטקייט; היות עס פאסט דאך נישט, וואס וועט מען זאגן אויף איר? זי קאכט נישט, זי רוימט נישט, זי טוט גארנישט; שטעלט זי זיך אהער ווי א 'חכמת', און צעבראכענע נשמות פאלן קרבנות פאר זיי. אויסער דעם וואס זיי קענען נישט העלפן, איז דאס א סכנה, זיי העצן אויף איינעם אויפ'ן צווייטן, רחמנא לצלן.


פרויען האבן אין זיך א שטארקע מעלה, מער פון מענער; פרויען זענען שטערקער אין אמונה, זיי גלייבן שטערקער; דארפן זיי דאס נוצן בקדושה, גלייבן אין באשעפער, גלייבן אין די תורה און אין צדיקים, נישט ווערן פארקויפט פון נארישע זאכן.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט פון רבינ'ס עצה, פון התבודדות ותפלה, מען וואלט דאס געטון טאג און נאכט; אנשטאט רעדן צו טשאדעלע באדעלע וואלט מען גערעדט צום אייבערשטן, אנשטאט רעדן צו א בשר ודם וואלט מען אלעס דערציילט דעם אייבערשטן – דאס ווערט אנגערופן אין רבינ'ס ספרים "התבודדות ותפלה", א מענטש זאל גיין אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעדן צום אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, אלעס דערציילן, אלע שוועריקייטן, אלע שווערע מידות, שווערע נאטורן. - דאס טוישט די גאנצע לעבן, מען ווערט אמת'דיג מיט זיך אליין.


התבודדות עפנט אויף דעם אמת'ן מענטש, מען הייבט אן זיך קענען, מען הייבט אן זען פאר זיך בערג עבירות, זאכן וואס מען האט קיינמאל פארדעם נישט געוויסט. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א) מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פאר'ן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אנשטאט באשולדיגן דעם מאן, די עלטערן, דעם און יענעם וכו' וכו', - הייבט מען אן זען אז מען דארף זיך אליינס פאררעכטן, 'קיינער איז נישט שולדיג אין מיין לעבן, איך אליין קען זיך מאכן די לעבן גוט אדער שווער', אזוי ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה ג' מחגר) ווען דער גזלן, דער רוצח האט געטראטן אויף די שטויב פון די צדיקים, ער האט אנגעהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, האט ער גלייך אנגעהויבן וויינען און שרייען: "גיוואלד, וואס האב איך געטון די אלע יארן? איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב גע'הרג'עט מענטשן, בא'גנב'עט מענטשן"; דאס קומט ארויס ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, אנשטאט באשולדיגן די עלטערן, דעם מאן, אדער דער מאן באשולדיגט די ווייב – הייבט מען אן תשובה טון, מען פאררעכט זיך. אנדערש איז ווען מען טרעט אויף די שטויב פון די משוגעים, מען קומט אן צו טערעפי; דעמאלט האבן זיי אנגעהויבן באשולדיגן איינער דעם צווייטן: "וועגן דיר האבן איך גע'הרג'עט, דו ביסט שולדיג", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דעם צווייטן; דאס פאסירט מיט דער וואס טרעט אויף די שטויב, ווער עס קומט אן ביי זיי, ער טרעט נאר אריין ביי זיי.


עס האט אייך געקאסט א פערטל מיליאן דאלער די גניבה; אנדערע צאלן נאך מער, מען איז איינגערעדט אין די זאך א גאנץ לעבן. ביים רבי'ן קאסט נישט די זאכן קיין געלט, מען קען רעדן מיט'ן אייבערשטן אן קיין ענדע, אומזיסט, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער נוצט אויס די טעג און יארן מיט דביקות בה' יתברך און איז זוכה צו שפירן די זיסע טעם פון גן עדן, להתענג על השם.


דער אייבערשטער זאל אננעמען אייער תשובה.


 

#51 - קענען אויך פרויען און מיידלעך זוכה זיין צו רוח הקודש?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, שמחה, תמימות, רוח הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין דא אין קעמפ בית פיגא, איך בין זייער פרייליך צו זיין אויף זומער צוזאמען מיט די פרייליכע ברסלב'ע מיידלעך.


ברוך ה' אז איך האב געענדיגט דעם שבת די זיבן און זיבעציגסטע מאל ספר תהלים.


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה וואו דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווי אזוי מ'קען זוכה זיין צו רוח הקודש דורכ'ן לערנען תורה. האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז אויך דא א וועג פאר א מיידל זוכה צו זיין צו רוח הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי קענען פרויען און מיידלעך אויך צוקומען צו הויכע מדריגות אין עבודת ה', זיי קענען אנקומען צו רוח הקודש און נבואה.


אלע עצות, הדרכות און הנהגות פון רבי'ן זכרונו לברכה איז אויך פאר פרויען און מיידלעך; אדרבה, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, מיר דארפן זיך לערנען צו האבן אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן האבן גאר א שטארקע אמונה.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה כא:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בִּתּוֹ תוֹרָה", ווער עס לערנט מיט זיינע טעכטער תורה, "כְּאִלּוּ מְלַמְּדָהּ תִּפְלוּת", איז אזוי ווי ער לערנט איר נישט גוטע זאכן.


ביי פרויען איז דער עיקר עבודת התפלה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כ:): "וחייבין בתפלה", זאגט רש"י: "דתפלה רחמי היא ומדרבנן היא, ותקנוה אף לנשים ולחנוך קטנים"; אזוי אויך לערנען מיר ארויס אלע הלכות תפלה פון חנה, די מאמע פון שמואל הנביא (שם, לא). אז מען נעמט די עבודה פון התבודדות ערנסט, קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער א הויכע דרגא, ביז רוח נבואה.


אויך איז ביי אידישע פרויען דער עיקר עבודת השם – פירן די שטוב, די גאנצע אידישקייט אין שטוב; די עסן, די כשרות פון די עסן, חינוך הבנים והבנות, אלעס איז איר עבודה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", מיט וואס זענען די פרויען זוכה צו קומען צו עולם הבא? פרויען האבן דאך נישט קיין תורה? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט'ן טראגן די קינדער לערנען און זיי אפווארטן, און מיט דעם וואס זיי העלפן זייערע מענער לערנען און דאווענען, דאס ברענגט זיי צו די העכסטע דרגא.


נאך א וועג צו באקומען רוח הקודש - איז דורך שמחה של מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה אלא מתוך דבר שמחה של מצוה", מען קען זוכה זיין צו השראת השכינה, שפירן דעם אייבערשטן - אז מען פריידט זיך מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.

#50 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - ווי אזוי הייל איך זיך אויס פון מיינע שלעכטע תאוות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון זעכצן און א האלב יאר און איך דארף זייער וויכטיג הילף אויף א פראבלעם. אלס אינגל האט דער יצר הרע מיך אראפגעווארפן אין פגם הברית פאר בערך א האלבע יאר, און ביז יעצט האב איך אסאך יסורים פון דעם, פחדים וכו', יעצט האב איך אסאך נסיונות במחשבה, בעיקר אין ישיבה, האלב פון מיין כתה קען איך נישט רעדן מיט זיי, איך ווער פארלוירן פאר יעדן שיינעם בחור.


אסאך מאל לויף איך ארויס פון ישיבה און איך גיי אין א בית המדרש לערנען. אפשר איז טאקע בעסער פאר מיר צו גיין אין א בית המדרש לערנען שיעורים כסדרן, אדער אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבלעמען וואס האט מיר שוין האלב קראנק געמאכט.


ברוך ה' איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך ווייס פון די עצה פון התבודדות, וואס דאס ראטעוועט מיך ממש.


א צדיק האט מיר געזאגט אז א מענטש וואס זעט נאר דעם אייבערשטן, האט ער נישט קיין שלעכטע הרהורים, איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס צו מקיים זיין.


און איך בעט דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, געב נישט אויף, עס איז דא א וועג פאר דיר צוריק צו קומען צום אייבערשטן; לייג זיך אריין אין לערנען די הייליגע תורה, דאס איז א מעדעצין פאר די שרעקליכע תאוות.


דער אייבערשטער זאגט: "בָּנַי", מיינע קינדער, "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב אבער באשאפן די תורה, דאס איז א רפואה פאר'ן יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט אנקומען צו דעם יצר הרע'ס הענט, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנט איר נישט קיין תורה וועט איר זיין אונטער אים (קידושין ל.).


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, דו האלסט אין איין פוגם זיין - זאלסטו אנהייבן לערנען תורה. ווייל די איינציגסטע עצה פטור צו ווערן פון דעם יצר הרע וואס וויל אונז אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט - איז דורך די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶּה", אויב דער מנוול, דער יצר הרע - האט דיך אנגעטראפן און דו ווילסט פטור ווערן פון אים, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמֶּדְרָשׁ", גיי אין בית המדרש דאווענען און לערנען; וועסטו פטור ווערן פון אים.


איין זאך בעט איך דיר, זאלסט נישט אויפגעבן; הער אויס דעם הייליגן רבי'ן וואס ער האט געשריגן מיט אן הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!" לאז זיך נישט נאך, טראכט נישט די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע רעדט דיר איין, אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט שוין נישט האבן קיין תשובה; ענדערש הער אויס דעם רבי'ן וואס זאגט דיר: "דו וועסט נאך זיין א צדיק, דו קענסט נאך פאררעכטן; טו תשובה און קער זיך צוריק צום אייבערשטן".


רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו פייניגסט זיך. דערצייל אים ווען עס האט זיך אנגעהויבן, ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן, ווער עס האט דיר מטמא געווען. טענה זיך מיט אים, גיס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ, זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אריין אין א זומפ און איך ווייס נישט די וועג ארויס, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי פארשמירט אין די עבירה, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם. איך קען נישט זיין צווישן מענטשן, איך ווער אזוי משוגע. איך בין אנגעקומען צו די נידריגסטע פלאץ פון אריך אנפין דקליפה, וואו איך גיי און וואו איך שטיי האב איך שווערע נסיונות. העלף מיר, נעם מיר ארויס".


ועל כולם זאלסטו זען צו זיין פרייליך. זע צו הערן כסדר לעבעדיגע מוזיק, ניגונים וואס מאכן פרייליך, נישט קיין שטייטע וויינעדיגע ניגונים, נאר לעבעדיגע ניגונים וואס מאכט טאנצן און שפרינגען.


שמחה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע קליפות, שדים ורוחות רעות. דער רבי זאגט, ווער עס איז פרייליך היט אים דער אייבערשטער אפ פון פגם הברית, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", - איז מער נישטא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ווי אזוי קען איך זיך ראטעווען פונעם יצר הרע?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין ישיבה גדולה, איך לערן און איך דאווען און טו אלע מצות, אבער ליידער פאל איך אסאך אראפ אין פגם הברית רחמנא ליצלן, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האב געמיינט אז ס'וועט דורכגיין, אבער דערווייל זע איך אז אפילו ווען איך שטארק זיך פאר א קורצע צייט, פאל איך גלייך נאכאמאל און נאכאמאל אראפ.


וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה, דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.) אז אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, העלפט נישט קיין תשובה, ווער עס זינדיגט אין די עבירה רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן; אבער דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז, ער האט אונז געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, דער רבי הייבט אויף אלע נשמות וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, דער רבי ברענגט זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".


דער רבי געבט אן עצה, מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך - וואס מען גייט אריבער, מען זאל דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט, ווי שטארק די נסיונות זענען און ווי דער יצר הרע ווארפט אראפ; דאס איז התבודדות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די עבודה, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז די העכסטע זאך וואס איז שייך; ווען מען איז זיך מתבודד, מען גייט אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, מען דערציילט דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער; אלע נסיונות, אלע נפילות און אלע איבערגייאכטס וואס מען גייט אריבער - גייען די ווערטער ארויף זייער הויך, דער אייבערשטער נעמט אן די ווערטער, די שמועס, און דער מענטש גייט ארויס פון אלע שלעכטס.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פארליר זיך נישט, געב נישט אויף; דו פון דיין זייט זאלסטו ווייטער פרובירן צו זיין אפגעהיטן און אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ זאלסטו דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר ראטעווען פון די עבירה. רעד צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט, אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע, בעט אים:


"טאטע, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל אזוי שטארק נישט טון די עבירה און אלץ פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל. טאטע איך בין פארלוירן, טאטע איך בין אזוי נידריג, אזוי געפאלן; וואס זאל איך טון? וואס זאל איך מאכן נישט אנצוקומען צו דעם?


הייליגער באשעפער, דו ווייסט וואס טוט זיך אפ אין מיין הארץ, קוק מיין הארץ, זע מיין הארץ ווי איך וויין פון אינעווייניג, זע ווי שטארק איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארליר מיין שכל, איך פארליר מיין דעת, איך בין עובר אויף די שרעקליכע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה וואס חז"ל זאגן אז די עבירה האט געברענגט די מבול. איך ווייס אז אלע צרות אויף די וועלט קומט וועגן מיר, וועגן מיינע חטאים, וואס זאל איך טון? וואס קען איך טון? נעם אן מיין תשובה, העלף מיר איך זאל מער נישט זינדיגן, החזירנו בתשובה שלימה לפניך".


נאך אן עצה איז דא פון רבי'ן, דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית און טוט נעבעך עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיינע עבירות, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאס מיינט מען דיר; ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס האט ער אויך דיר געמיינט, אזוי ווי רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


נעם א משניות און הייב אן לערנען פרקים משניות; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורכלערנען כל התורה כולה. עיין שם.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן וואס דער רבי זאגט, דו וועסט אויף קיינעם נישט קוקן - וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט אלעס פאררעכטן, דו וועסט פטור ווערן פון די ביטערע שווערע נסיונות. איך ווייס אז מען וועט לאכן פון דיר, דו וועסט האבן שווערע מניעות, דו וועסט וועלן געפעלן דיינע חברים, משפחה וכו' וכו', אבער נאר זיך נישט; וואס וועט זיין אז מען וועט לאכן פון דיר? וואס וועט זיין אז מען וועט שפעטן? זיי ווייסן נישט וואס גייט אויף דיר אריבער שטילערהייט, זיי ווייסן נישט ווי שטארק דער יצר הרע פלאקערט; זאלסטו קיינעם נישט אויסהערן, טו וואס דער רבי זאגט וועסטו אנקומען צו די גרעסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.