שאלה אין קורצן ענין
#41 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס רעדט נישט געהעריג?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, נסים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דארפן אן עצה און א ברכה פאר אונזער דריי יעריג קינד, ער זאל קענען רעדן געהעריג. ער קען ברוך ה' זאגן ווערטער, אבער ער קען נישט צוזאמשטעלן קיין זאצן.


מיר ווילן אים יעצט נעמען צו איינעם וואס קען העלפן קינדער מיט די פראבלעמען, און מיר דארפן א ברכה און אן עצה ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט אריינצוגיין אין א לחץ און זיכער נישט לייגן לחץ אויפ'ן קינד; צוביסליך וועט ער רעדן בעסער און בעסער, דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט האבן קיין פרעשור פון דעם.


בעטס דעם אייבערשטן אויף דעם וועט איר זען גרויסע ניסים. מיר געפונען אין די תורה, משה רבינו האט נישט געוואלט גיין צו פרעה ווייל ער האט נישט געקענט גוט רעדן, האט אים דער אייבערשטער געזאגט (שמות ד, יא): "מִי שָׂם פֶּה לָאָדָם", ווער האט באשאפן די מויל צו רעדן? "אוֹ מִי יָשׂוּם אִלֵּם אוֹ חֵרֵשׁ אוֹ פִקֵּחַ אוֹ עִוֵּר", ווער מאכט דעם מענטש שטום אדער טויב אדער בלינד? "הֲלֹא אָנֹכִי ה'", נאר איך דער אייבערשטער; אז איר וועט בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


פארלירט אייך נישט, ברענגט אריין שמחה אין שטוב; טאנצט און שפרינגט מיט די קינדער, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#40 - וואס טו איך אז די שלעכטע זאכן וואס כ'האב געזען שטערן מיר אין לעבן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מאוויס, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון? איך בין א בחור, און איך בין דורכגעפאלן און געקוקט טריפה'נע זאכן אין די אינטערנעט, כ'האב געזען אויסגעלאסענע און עקלדיגע ווידיאס. די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געקוקט שטערט מיר זייער אינמיטן דאווענען און אינמיטן לערנען.


איך קען צו קיינעם נישט רעדן און פרעגן אן עצה, ווייל איך הייס אן עובד ה' ביי מיינע חברים און מגידי שיעורים, און אויב וועל איך זיי פרעגן, וועל איך פארלירן מיין גוטן נאמען און מ'גייט שרייען אויף מיר שגץ.


ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון די שלעכטע זאכן? און ווי אזוי נעם איך ארויס פון מיין קאפ די שלעכטע מחשבות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו נישט דאווענען און דו קענסט מער נישט לערנען; אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן קען מען נישט דאווענען און לערנען, מען פארלירט דעם טעם פון דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", - דער קען נישט דאווענען, עס קומט אריין אין מחשבה אלע שלעכטע זאכן וואס מען האט געקוקט, עס האלט אין איין מבלבל זיין די אלע בילדער, מאוויס און קליפס רחמנא לצלן, "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", מען קען נישט שפירן א זיסקייט אין דאווענען נאר ווען מען פאררעכט, מען טוט תשובה.


איך האב זייער רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קוקן עבירות. בעפאר דו האסט געקוקט די אלע זאכן איז דיר געווען גוט, האסט געהאט א טעם אין לעבן, ווייל דער וואס היט די אויגן און קוקט נישט קיין עבירות - האט זייער א שיינע לעבן, מען איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, אבער חס ושלום, אויב מען איז מפקר די אויגן, מען קוקט עבירות - דעמאלט טוט זיך אפ די שכינה פונעם מענטש, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועקגיין פון אייך".


בנוגע די אלטע זאכן וואס דו האסט שוין געקוקט, דו ווילסט אן עצה ווי אזוי דאס ארויסצונעמען פון קאפ; נעם די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן. רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געלעגן אין בעט און זיך אנגערופן: "דער עיקר איז, מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי"; דאס הייסט, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית זאל ער זיך נישט מייאש זיין, ער זאל טון וואס יונה הנביא האט געטון ווען ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל, ער האט נישט געוואלט טון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן און צום סוף האט מען אים אריינגעווארפן אין ים און א פיש האט אים איינגעשלינגען, ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן? ער האט דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי".


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע בלאטע, איך האב געקוקט עבירות, אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס און פארדארבענע מאוויס; זייט איך האב דאס געקוקט קען איך מער נישט דאווענען און לערנען, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע, איך קען מער נישט טראכטן, איך טראכט נאר פון שמוץ.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך האב זיך אזוי באנארישט, איך האב דיר נישט געפאלגט, איך בין נאכגעגאנגען דעם יצר הרע, איך האב געקוקט אזעלכע זאכן אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות, איך בין איין שטיק רוח שטות; מיין גאנצע מח מחשבה איז פון די עקלדיגע זאכן, איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


איך האב נישט צו וועם צו רעדן; איך קען זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם ווייל אלע מיינען אז איך בין אן עובד השם, אלע מיינען אז איך בין אן אפגעהיטענער בחור, אלע זאגן אויף מיר שיינע זאכן, אבער איך ווייס דעם ריינעם אמת ווער איך בין, איך בין אזוי פארשמירט, איך בין אזוי שמוציג.


אנא השם! איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל צוריק באקומען מיין מח, איך זאל קענען דאווענען און לערנען; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר כסדר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; לכתחילה זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאס גייט ארויף אויף לימוד משניות; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - מיין פרנסה ערמעגליכט מיר נישט צו גיין אין שול דאווענען, וואס טו איך?
תפילה והתבודדות, בית המדרש, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח פאר מיין לעבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט מיר כסדר.


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה, איך האב אנגעהויבן א נייע פרנסה לעצטנס, און איך הייב אן ארבעטן זיבן א זייגער אינדערפרי, און איך קען נישט גיין אין שול דריי מאל א טאג, וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן אין דאווענען די דריי תפילות דריי מאל א טאג מיט מסירת נפש, ווייל שחרית, מנחה און מעריב - דאס איז דער פארעם וואס האלט דעם מענטש ער זאל בלייבן א איד, ער זאל בלייבן צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן", און דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן, האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג, ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפ'ן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פוס און אים גע'הרג'עט. זאגט דער רבי, עוג מלך הבשן - דאס איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט יעדן איד, ער וויל הרג'נען יעדן איד, ער זוכט אויסצורייסן פון אונז די דריי תפילות און דורכדעם אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן צו דיין בעל הבית און אים זאגן אז ער מוז דיר געבן צייט צו גיין דאווענען די דריי תפילות, על פי רוב ווען א בעל הבית זעט אז דער ארבעטער וויל דאווענען - וועט ער אים לאזן, ער וועט זיך פרייען צו זען אז זיין ארבעטער האט יראת שמים. די בעלי בתים זוכן אינגעלייט מיט יראת שמים, ווייל נאר די וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן ארבעטן געטריי, די בא'גנב'ענען נישט; זאלסטו אים קלאר זאגן: "איך בין א איד, פונקט אזוי ווי איך ארבעט נישט שבת, אזוי אויך דארף איך האבן יעדן טאג צייט צו דאווענען", ער וועט דיר זיכער לאזן.


אויב ער וויל דיר נישט געבן צייט צו דאווענען - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; לאז אים זוכן אנדערע עבדים, זאל ער א צווייטן אויסקעוועטשן צום טויט, דו וועסט טרעפן א גרינגערע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען אזויפיל מחזק.


איך דארף אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך פאל לעצטנס זייער אסאך ברוחניות, איך פאל אראפ גאר אסאך אין פגם הברית רחמנא ליצלן, איך שפיר ווי איך הרג'ע זיך אליין מיט די אייגענע הענט, איך שפיר ווי איך האב שוין נישט קיין בחירה, איך וויל זיין גוט אבער איך האלט אין איין פאלן.


איך האב געהאט א כשר'ע טעלעפאן, איך האב אבער געקענט בייקומען דעם פילטער, און איך האב דארט ליידער געקוקט זייער שלעכטע זאכן. ברוך ה' אז איך בין פטור געווארן פון דעם, אבער עס ליגט מיר נאך אין מח די שלעכטע זאכן.


יעדעס מאל איך פאל דורך, קומט מיר אריין חרטה געפילן, איך גיי רעדן צום אייבערשטן, אבער איך טראכט צו זיך, 'איך האלט אין איין זינדיגן, און איך גיי נאכאמאל איבערבעטן און רעדן צום אייבערשטן?!'.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין תשובה צו טון, אין אנהויב האב איך פרובירט צו האבן סבלנות צו מיר אליין, אבער ס'איז שוין איבער א האלב יאר וואס איך פאל כסדר. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זוך א פלאץ וואו עס איז שטיל און ליידיג און זיי זיך דארט מתבודד. רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר און ווארפט דיר אראפ, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א רעש עס ווערט אין הימל ווען א בחור וויינט זיך אויס און בעט זיך מיט תחנונים ביים אייבערשטן אז ער וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך; אלע מקטריגים ווערן אויס, אלע קליפות ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ברודער, טו די עצה; גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס בפרטי פרטיות, וואס דו גייסט אריבער, ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ערליך און דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, אפילו דו זעסט נישט קיין וועג ארויס, דער יצר הרע ברענט ווייטער אין דיר - זאלסטו זיין א שטארקער עקשן אין דעם, ווייטער דערציילן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער חבר בתמימות ובפשיטות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, בפרט בחורים וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות; זיי ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך, זיי פאלן אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב די בחורים האבן רחמנות אויף זיך און זוכן זיך א באהאלטענע פלאץ און זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ צום אייבערשטן, זיי וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, היתכן איך האב נישט קיין שידוך? רבונו של עולם איך פאל אראפ אין עבירות וכו' וכו'", זיי שמועסן אלעס אויס וכו' - קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס די תפילה טוט אין הימל.


קוק אריין אין די ווערטער פון הייליגן זוהר וועסטו אביסל פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, דף קצה.) מיר געפונען דריי פסוקים פון תפילה: "תְּפִלָּה לְמֹשֶׁה", "תְּפִלָּה לְדָוִד" און "תְּפִלָּה לְעָנִי", פרעג דער זוהר, "מַאן חֲשִׁיבָא מִכֻּלְּהוּ", וועמענ'ס תפילה איז די חשוב'סטע ביים אייבערשטן? זאגט דער זוהר: "הֲוִי אֵימָא תְּפִלָּה דְּעָנִי", דעם ארעמאן'ס תפילה איז די חשוב'סטע תפילה, "תְּפִלָּה דָּא, קָדִים לַתְּפִלָּה דְּמֹשֶׁה, וְקָדִים לַתְּפִלָּה דְּדָוִד, וְקָדִים לְכָל שְׁאַר צְלוֹתִין דְּעָלְמָא", זיינע תפילות זענען חשוב'ער פון משה רבינו'ס תפילות, פון דוד המלך'ס תפילות און פון די תפילות פון די גאנצע וועלט; פרעגט דער זוהר: "מַאי טַעְמָא", פארוואס איז דער ארעמאן'ס תפילה אזוי חשוב ביים אייבערשטן? "בְּגִין דְּעָנִי אִיהוּ תְּבִיר לִבָּא", ווייל דער ארעמאן בעט מיט א צעבראכענעם הארץ און עס שטייט (תהלים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב", דער אייבערשטער איז נאנט צו צעבראכענע הערצער, דערפאר זענען זיינע תפילות די טייערסטע ביים אייבערשטן.


זאגט דער זוהר ווייטער: "וּמִסְכְּנָא עָבִיד תָּדִיר קְטָטָה בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", דער ארעמאן קריגט זיך מיט'ן אייבערשטן, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אָצִית וְשָׁמַע מִלּוֹי", און דער אייבערשטער הערט אויס זיינע תפילות, זיינע בקשות; "כֵּיוָן דְּצַלֵּי צְלוֹתֵיהּ", ווען דער ארעמאן הייבט אן בעטן דעם אייבערשטן, "פָּתַח כָּל כַּוִּי רְקִיעִין", עפענען זיך אלע טירן און פענסטערס פון הימל, "וְכָל שְׁאַר צְלוֹתִין דְּקָא סַלְּקִין לְעֵילָּא, דָּחֵי לוֹן הַהוּא מִסְכְּנָא תְּבִיר לִבָּא", דער ארעמאן מיט זיין צעבראכענע הארץ שטופט אוועק מיט זיינע תפילות אלע אנדערע תפילות, אזוי ווי עס שטייט "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטוֹף", יעטוף איז א לשון פון צוריק האלטן, "אֶלָּא אִיהוּ עָבִיד עִטּוּפָא לְכָל צְלוֹתִין דְּעָלְמָא, וְלָא עָאלִין עַד דִּצְלוֹתָא דִּילֵיהּ עָאלַת", ווייל זיינע תפילות האלט אפ און שטופט אוועק אלע אנדערע תפילות פון די גאנצע וועלט, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אָמַר, יִתְעַטְּפוּן כָּל צְלוֹתִין, וּצְלוֹתָא דָּא תֵּיעוּל לְגַבָּאי", דער אייבערשטער זאגט, אלע תפילות זאלן ווארטן ביז דעם ארעמאן'ס תפילות קומען ארויף צו מיר, איך דארף נישט קיין בית דין זאל משפט'ן צווישן אונז, "קַמָּאי לִיהֱווּ תַּרְעוּמִין דִּילֵיהּ", איך וויל אליינס הערן זיינע טענות, "וַאֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך אליינס וויל זיין מיט'ן ארעמאן, דער אייבערשטער אליינס הערט צו דעם ארעמאן'ס געבעט, אזוי ווי עס שטייט "וְלִפְנֵי ה' יִשְׁפּוֹךְ שִׂיחוֹ", פאר'ן אייבערשטן אליינס קומען אן זיינע תפילות.


אלע מלאכים פון הימל פרעגן איינער דעם צווייטן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער באשעפטיגט זיך מיט זיין זאך, מיט'ן ארעמאן'ס געבעט, קיינער ווייסט נישט וואס פאסירט מיט די אלע תפילות און די אלע תרעומות, "דְּלֵית תִּיאוּבְתָּא לְמִסְכְּנָא, אֶלָּא כַּד שָׁפִיךְ דִּמְעוֹי בְּתוּרְעָמוּ, קַמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", נישטא קיין בעסערע זאך פאר'ן ארעמאן ווי זיך אויסוויינען פאר'ן אייבערשטן, "וְלֵית תִּיאוּבְתָּא לְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן, וְאוּשְׁדוּ קַמֵּיהּ וְדָא אִיהִי צְלוֹתָא, און עס איז נישטא קיין גרעסערע גליסטונג פאר'ן אייבערשטן נאר ווען ער נעמט אן די געוויין פון א צעבראכענעם הארץ, דעריבער האלט עס אפ אלע תפילות.


זאגט דער זוהר ווען מען קומט צום אייבערשטן מיט א צעבראכענעם הארץ אזוי ווי אן ארעמאן - גייען אלע תפילות ארויף גלייך אן קיין שום שטערונג, "דְּהָא כָּל נְטוּרֵי תַּרְעִין, לָא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיעָאל, כְּמָה דְּשָׁבְקִין לְמִסְכְּנִין, דְּהָא בְּלָא רְשׁוּתָא עָאלִין", אלע מלאכים וואס שטייען ביי די טירן און קוקן אויב די תפילות זענען גענוג חשוב ארויפצוגיין - לאזן אריבערגיין די תפילות פון אן ארעמאן.


דאס איז אלעס ווען א מענטש איז צעבראכן בגשמיות, ער איז אן ארעמאן בגשמיות, עס פעלט אים געלט צו ברענגען ברויט פאר זיך און פאר זיין משפחה וכו' וכו'; זאגט דער הייליגער רבי נתן (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה, אות מג): "מִכָּל שֶׁכֵּן וְכָל שֶׁכֵּן כְּשֶׁמַּתְחִיל הָאָדָם לְרַחֵם עַל עַצְמוֹ וּמַרְגִּישׁ עֲנִיּוּתוֹ וְדָחֳקוֹ בְּמַעֲשִֹים טוֹבִים", ווער רעדט און ווער שמועסט נאך ווען א מענטש הייבט אן רחמנות האבן אויף זיך אויף זיין עכטע ארעמקייט, "וְטוֹעֵן עִם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּמִתְקוֹטֵט עִמּוֹ וּמִתְרָעֵם עָלָיו יִתְבָּרַךְ עַל שֶׁאֵינוֹ מְקָרְבוֹ אֵלָיו וְשׁוֹפֵךְ שִֹיחוֹ וְלִבּוֹ לְפָנָיו עַד שֶׁנִּתְעוֹרֵר בִּבְכִיָּה וְכוּ'", ער טענה'ט צום אייבערשטן פארוואס עס גייט אים אזוי שווער צו זיין אן ערליכער איד, ער גיסט זיך אויס זיין הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער וויינט זיך אויס צום אייבערשטן 'רבונו של עולם, פארוואס ביסטו מיר נישט מקרב צו דיר?' "כַּמָּה וְכַמָּה יְקָרָה תְּפִלָּה זוֹ בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי חשוב און טייער איז די תפילה ביים אייבערשטן, "וְהִיא יְקָרָה מִכָּל הַתְּפִלּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם", דאס איז די חשוב'סטע תפילה פון אלע תפילות, ווייל דער איז דאך א ריכטיגער ארעמאן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז ארעם? נאר דער וואס האט נישט קיין שכל, דער מענטש וואס איז ווייט פונעם אייבערשטן.


ווער רעדט נאך דער וואס זינדיגט און פאלט אראפ אין ביטערע עבירות, ווען אזא איינער קומט צום אייבערשטן און וויינט: "רבונו של עולם, העלף מיר, זיי מיר מקרב צו דיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט"; אזא תפילה איז טייער און באליבט ביים אייבערשטן מער פון אלע תפילות וואס איז דא.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זיך יעדן טאג מתבודד זיין מיט דעם:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט ווער איך נאר מער און מער דערווייטער פון דיר. טאטע זיסער, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי ווייט פארקראכן פון דיר, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים.


הייליגער באשעפער, נעם אן דעם לימוד זכות וואס איך האב אויף מיר; עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך און ריין ווילאנג איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן, איך וויל א ווייב וואס זאל מיך אפהיטן פון שלעכטס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אזוי לאנג אליינס.


חס ושלום, איך נוץ דאס נישט פאר א תירוץ אויף מיינע מעשים, איך ווייס אז איך בין שולדיג, אבער דאך בעט איך דיר היייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל אזוי שטארק זיין ריין און הייליג. דער הייליגער רבי פלעגט נישט וועלן אויפנעמען קיין בחורים, ער פלעגט זיי פארשיקן און זאגן 'קומט צוריק צו מיר מיט א טלית'; איך בעט דיר אייבערשטער, וואס בין איך שולדיג אז מען שיקט מיר אוועק? וואס קען איך טון? איך בין גרייט צו גיין היינט צום חופה, ווען וועט דאס שוין זיין? ווען וועל איך ווערן אן אדם השלם, קענען לערנען און דאווענען און דיר דינען מיט א ריינע מח מחשבה?


איך זאג דיר צו טאטע זיסער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר".


אזוי זאלסטו זיך טענה'ן מיט'ן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט (ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור) עס איז דא א הייליגער מלאך "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין חתונה צו האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (עיין שם).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - ווי אזוי קען איך צוריקהאלטן מענטשן פון ליינען גליונות ביים דאווענען?
הלכה, תפילה והתבודדות, מוסר, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע אסאך מאל ווי מענטשן ליינען דעם גליון היכל הקודש אינמיטן דאווענען. צום ערשט האב איך פרובירט זיי דן צו זיין לכף זכות אז זיי קוקן עס נאר ביי די שטיקלעך וואס מ'מעג, אבער איך זע ווי זיי ליינען עס אויך ביי שטיקלעך ווען מ'טאר נישט לויט'ן שלחן ערוך לערנען דעמאלט, און זיכער נישט ליינען קיין גליונות.


די ערשטע זאך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מעורר צו זיין איבער דעם, אדער כאטש שרייבן אינעם גליון וועגן דעם. און צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן וואס איך דארף טון ווען איך זע איינעם ליינען א גליון בשעת'ן דאווענען. איינמאל האב איך שוין געוואלט צוגיין צו איינעם מעורר זיין, אבער איך האב זיך געשעמט, און אויך האב איך מורא געהאט אז אפשר אויב וועט ער עס נישט ליינען ביים דאווענען, וועט ער נאכדעם עס בכלל נישט ליינען, אבער אפשר דארף מען יא מעורר זיין אויף א שיינע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קענסטו זען בשעת'ן דאווענען וואס טוט זיך ביי יענעם? ווען מען דאווענט דארף מען אוועק נעמען אלע זייטיגע מחשבות; גארנישט זען, נאר טראכטן ווי מען שטייט פאר'ן אייבערשטן.


אנשטאט ארבעטן אויף א צווייטן הייב אן ארבעטן אויף דיין דאווענען, אנשטאט זוכן ביי יענעם וואס צו פאררעכטן - זאלסטו זיך אליינס פאררעכטן. קוק נישט וואס אנדערע טוען; בפרט ביים דאווענען זאלסטו נישט זוכן ביי אנדערע חסרונות, בפרטי פרטיות ביי די שטיקלעך וואס עס איז אסור ארויסצוקוקן - זאלסטו דאווענען און נישט ארויסקוקן פון סידור.


געוואוין זיך צו צו דאווענען אין א סידור, דאווען נישט פון אויסנווייניג; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל דאווענען אין א סידור.


אויך זאלסטו אכטונג געבן צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען. רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געזען ווי איינער דריידט זיך ביים דאווענען, גייט און קומט און קומט און גייט, האט ער אים געזאגט: "דו דרייסט זיך און דרייסט זיך, נאך אביסל ווערסטו אנגאנצן צעדריידט; שטיי אויף איין פלאץ וועסטו בלייבן געזונט".


נישט יעצט זאלסטו מיר שרייבן אז דו זעסט מענטשן דאווענען אויסנווייניג און אנדערע אנשי שלומינו דרייען זיך ארום; נעם די בריוו פאר זיך אליין. קוק נישט אויף אנדערע, עס זאל דיר בכלל נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טוען. אנשי שלומנו פלעגן זאגן: "זיי פארנומען מיט דיין רוחניות און יענעמ'ס גשמיות", ווען עס קומט צו אנדערע זאלסטו נאר טראכטן: 'ווי קען איך יענעם העלפן מיט עסן וכו'?' טראכטן פון יענעמ'ס גשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - איך פאל כסדר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
התחזקות, תפילה והתבודדות, נסיונות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ס'געבט מיר צו לעבן.


איך הייס א גוטער בחור, איך זיץ און איך לערן, איך ווייס אבער דעם אמת אז איך פאל זייער אסאך אראפ, איך קען זיך נישט שטארקן איבער מיין יצר הרע.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? ווי אזוי קען זיך שטארקן און דערהאלטן, איך פרוביר אזוי שטארק זיך צו היטן די אויגן, פון דעסט וועגן פאל איך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל.


איך שעם זיך צו רעדן פון דעם, שוין צוויי חדשים וואס איך קווענקל צי איך זאל יא שרייבן אדער נישט, איך פרוביר זיך אליין אן עצה צו געבן, אבער איך קען נישט מער. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


התבודדות איז די עצה פאר דיר; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


פאלג דעם רבי'ן, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז די עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - אז איך בין נישט צניעות'דיג, איז מיין דאווענען שוין גארנישט ווערד?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס קומט פון זייער א גוטע און ערליכע שטוב אבער איך שפיר אז עס איז מיר צו שווער מיט אלע פרומקייטן פון מיין משפחה, איך וויל זיי קענען צופרידן שטעלן אבער עס איז מיר שווער, עס איז אדער מיר אדער זיי, עס גייט נישט ביידע צוזאמען, און איך שפיר אויף אסאך זאכן אז ווען מען וואלט מיר ווען געלאזט טון פשוטע זאכן וואלט איך נישט אנגעקומען צו טון ערגערע זאכן. צום ביישפיל מיין מאמע וויל נישט איך זאל זיך פארבן דעם פנים אפילו מיט פשוטע פארב, איז טאקע ווייל זי לאזט מיר נישט, פארב איך אויך מיינע אויגן, א זאך וואס איך וואלט נישט געטון ווען זי וואלט מיר געלאזט זיך פארבן אפילו איידל.


איך ווייס נישט וואס צו טון, עס איז מיר זייער שווער, בפרט אז איך לעב אין א סביבה וואס יעדע זאך וואס איך טו, זאגן אלע מיר אויס פאר מיין מאמע און באבע וכו', איך וויל נישט מאכן בושות פאר מיין משפחה, אבער איך שפיר אז איך בין צניעות'דיג נאר זיי צופרידן צו שטעלן, נישט ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי. איך וויל זיין ערליך פון מיין אייגענעם ווילן, נישט וועגן אלע זארגן אויף מיר.


מענטשן האבן זייער ליב מיר צו זאגן זאכן, וואס בשעת מעשה גייט עס נישט אריין אמת'דיג אין הארץ, אבער ביז א תקופה געשעט זאכן. למשל איינער האט מיר געזאגט "וואס האסטו פון דאווענען, קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג", באמת בין איך צניעות'דיג אבער פאר זייערע קרומקייטן נישט.


אמאל פלעג איך מקפיד זיין צו דאווענען יעדן טאג און דאס טו איך היינט שוין נישט, עס איז מיר געווארן א קאלטקייט אין דעם, איך שפיר זיך אויך זייער ווייט פון באשעפער ווייל אין מיין קאפ איז דא א בילד אזוי ווי פון א מערכה, עס איז דא 2 צדדים, איינע בין איך, און די צווייטע זייט איז מיין מאמע טאטע זיידע באבע און דער באשעפער, און עס איז מיר שווער די ווייטקייט וואס איך שפיר צום אייבערשטן.


איך ווייס נישט אויב איר וועט מיר קענען העלפן, אבער אפשר וועט איר זיין דער גוטער שליח פונעם אייבערשטן, און אסאך האבן מיר ממליץ געווען אייך צו שיקן א בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טראכטס נישט די שלעכטע מחשבה אז דער אייבערשטער איז ווייט פון אייך, עס איז נישט אמת; דער אייבערשטער איז נישט ווייט פון אייך, דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך, דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט צוריק אנהייבן דאווענען צו אים, רעדן צו אים און אים בעטן וואס איר דארפט. עס איז נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז און וואס מען טוט, שטענדיג ווארט דער אייבערשטער מען זאל קומען צו אים און רעדן צו אים.


דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי זכותו יגן עלינו, איז געקומען אויף די וועלט אונז צו ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי שטארק ער האט ליב אידישע קינדער און ווארט מען זאל דאווענען צו אים; ווען מען רעדט צום אייבערשטן הייבט מען אן שפירן זייער א שטארקע נאנטקייט מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט ווי מען האט איינעם, מען שפירט ווי איינער פארשטייט מיר, איינער נעמט מיר אן ווי אזוי איך בין, ווי אזוי איך זע אויס.


נעמטס די עצה פון רבי'ן, פרובירטס אויס די זיסע וועג; ווען איר זענט אליין אין אייער שטוב, קיינער הערט אייך נישט און קיינער זעט אייך נישט - זאלט איר פרובירן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, רעדטס צו אים אויף די שפראך וואס איר רעדט צו אייערע נאנטע חבר'טעס, דערציילטס אים אלעס וואס שטערט אייך און וואס איר שפירט, דערציילטס אים ווי שווער עס איז אייך די גאנע וועג ווי אזוי איר לעבט, די מלחמה וואס טוט זיך אפ אין אייך, ווי אלעס איז געצווינגען - אן קיין אמת און אן קיין געפיל. אין אנהייב וועט דאס אפשר זיין אביסל שווער, אבער מיט די צייט ווען איר וועט דאס טון וועט איר ווערן זייער שטארק, איר וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אייך און האט אייך ליב.


הערטס נישט אויס די וואס טשעפען און זאגן אייך: "וואס האסטו פון דאווענען? קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג"; עס איז נישט אמת וואס זיי זאגן, דער אייבערשטער זאגט אנדערש, דער אייבערשטער וויל מען זאל דאווענען צו אים, אים בעטן ער זאל אונז צוריק קערן צו אים און אריינלייגן אין אונז א ריינקייט צו וועלן טון זיין ווילן, מו וועלן טון וואס איז גוט.


איך בעט אייך, הערטס נישט אויס די וואס זאגן אייך: "וואס האסטו פון דאווענען? קודם זאלסטו זיין צניעות'דיג", דאס איז עצת היצר, דאס איז א נסיון פאר אייך, אייך מחליש דעת זיין, אייך אפקילן פון וועלן זיין ערליך; לייגטס נישט דעם אייבערשטן אויף איין זייט מיט די אלע וואס טשעפען אייך, דער אייבערשטער קוקט אויף אונז, ער זעט אונזער הארץ, ער זעט ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט. ער קוקט נישט אויף אונז אזוי ווי מענטשן קוקן אויף אונז, ער זעט יעדע קיינע פינטעלע גוטס וואס מיר טוען.


אויבן אין הימל איז זייער חשוב יעדע קליינע פינטעלע גוטס, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט אין די ערשטע מעשה (סיפורי מעשיות, מעשה א) ווי דער ממונה האט געפרעגט דעם ווינט: "וואס איז דארט חשוב?" האט דער ווינט געזאגט: "דארט איז אלעס חשוב"; מוהרא"ש איז מסביר (בספר נהרי אפרסמון) אז 'דארט' מיינט מען 'אויבן אין הימל', אין הימל איז אלעס חשוב, יעדע קליינע זאך, יעדע בייג וואס א מענטש געבט זיך א בייג צו זיין גוט. און אפילו יעדע גוטע מחשבה, ווען מען טראכט אז מען וויל זיין גוט - איז זייער חשוב. אזוי ווי דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו זאגט (זוהר תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּאִתְאַבִיד", קיין שום גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן; איז דאך זיכער אז ווען מען זאגט א גוטע ווארט און אוודאי ווען מען טוט א גוטע מעשה - איז עס זייער חשוב אויבן אין הימל.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט אייך זיין א שטארקע חיזוק איר זאלט נישט ווערן צעפאלן פון אנדערע; איר זאלט אנהייבן לעבן אן אמת'ע לעבן מיט'ן אייבערשטן. איר זאלט יעדע זאך שמועסן מיט אים, יעדע זאך וואס איז אייך שווער זאלט איר אים דערציילן און אים בעטן - וועט איר זען אז איר וועט פלוצלונג אנהייבן ליב האבן צו זיין א איד, איר וועט ליב האבן אייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - וועל איך שוין קיינמאל נישט האבן קיין זעלבס זיכערקייט?
התחזקות, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א אז יעדער מענטש איז זיך מייאש אין געוויסע ענינים, לגבי די זאכן האט ער שוין אויפגעגעבן, ער גלויבט אז ער וועט שוין נישט מצליח זיין אין דעם, אבער דער רבי לערנט אונז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש.


איך האב אריינגעטראכט אין דעם און געזען אז דאס איז ליידער גאר אמת ביי מיר אין לעבן. איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו איך האב קיינמאל נישט צוגעזען קיין רואיגקייט אדער א שמייכל צווישן די עלטערן, איך געדענק נישט אפילו איין מאל אין מיינע יונגע יארן אז די משפחה זאל זיצן און פארברענגען מיט א שמייכל, אפילו נישט איין נאכטמאל.


איך בין אויפגעוואקסן צוזעענדיג נאר דאגות, אנגעצויגנקייט, מחלוקת אין שטוב. ביידע פון מיינע עלטערן זענען גאר נעגאטיוו און אלעס זעט אויס שווארץ. ועל כולם דאס צוזעענדיג די קאלטקייט צווישן מיינע עלטערן, און ווי זיי קריגן זיך כסדר, האט מיך איבערגעלאזט אלע יארן מיט א געפיל פון אומזיכערקייט אויף דער וועלט, איך בין אלע מאל פול מיט ספיקות. איך בין שוין נישט קיין יונגער אינגערמאן, און איך קען נישט זיין פרייליך, איך קען נישט שמייכלען, איך פיל אלעמאל אומרואיג און אומזיכער מיט זיך און מיט די וועלט. און נאך מער אז ווען איך זע אנדערע מענטשן שמייכלען אדער פרייליך הייב איך פשוט אן צו פילן נערוועז און אומרואיג, ווייל עס איז שרעקעדיג פאר מיך צו זיין בשמחה, איך פיל זיך גאר אין פרעמד ווען עס איז דא א מצב פון פרייליכקייט ארום מיך.


איך האב טאקע איינגעזען אז איך בין אינגאנצן מיואש פון פילן פרייליך און פילן צופרידן און זיין בשמחה, פילן זיכער און רואיג אין לעבן.


דער רבי האט דאך אבער געזאגט אז יאוש איז גארנישט פארהאן, איז מיין שאלה ווי אזוי איז טאקע דא א מעגליכקייט איך זאל נאך יא קענען אמאל זיין פרייליך און זיכער מיט זיך?


נאך א זאך, איך שפיר ביי מיר אז איך וויל זייער שטארק באקומען אויפמערקזאמקייט פון מענטשן, א גוט ווארט פון א צווייטן, ממש ווי א קליין קינד. איך שעם זיך צו זאגן, אבער ווי עס זעט אויס, אזוי ווי איך האב עס נישט באקומען קיינמאל אלס קינד, דערפאר זוך איך עס יעצט אין די עלטערע יארן. איז דא אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן; דו וועסט זיך אביסל מתבודד זיין, דו וועסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן - וועסטו אנהייבן שפירן ליבשאפט און ווארעמקייט, אזוינס וואס דו האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט געשפירט.


דאס וואס מען איז זוכה דורך התבודדות איז נישט עפעס וואס מען קען מסביר זיין, מען הייבט אן שפירן אזא זיסקייט אין לעבן וואס מען האט נישט געשפירט און מען וועט קיינמאל נישט שפירן; רעדן צום אייבערשטן ברענגט דעם מענטש צו שפירן מורא'דיג נאנט צום הייליגן באשעפער, דאס פארהיילט אלע וואונדן און היילט אלע שניטן. אפילו א מענטש זאל דורך גיין גאר ביטערע שוועריקייטן, אויב נעמט ער די עצה פון התבודדות, ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן - ווערט אים פלוצלינג אזוי ליכטיג און אלע וואונדן היילן זיך אויס.


דעריבער אז דו האסט געהאט אזא שווערע יוגנט, דו האסט צוגעזען ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און דאס האט דיר איבערגעלאזט אין א וועלט פון ספיקות, אין א וועלט פון אומזיכערקייט - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאלסט זיך קובע זיין יעדן טאג א צייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ווערן זיכער ביי זיך, דו וועסט ווערן אויפגעבויט.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט און דו שעמסט זיך, דו מיינסט אז דאס איז א קינדערישע זאך; בעט עס פונעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן אביסל ליבשאפט, ער זאל דיר געבן ווארעמקייט, ער זאל דיר גלעטן. ווען מען איז זוכה צו שפירן איבסל נאנטקייט צום אייבערשטן - דאס איז די בעסטע ליבשאפט.


מוהרא"ש דערציילט אז מען פלעגט הערן ברסלב'ער חסידים זאגן תהילים מיט א געשמאק, זיי פלעגן רעדן צום אייבערשטן אויסגעמישט מיט די פסוקי תהילים; איינמאל האט מען געהערט רבי נתן'ס אן אייניקל רבי מיכל'ע, ווי ער זאגט תהלים (קאפיטל לה, א): "לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי", האט מען געהערט ווי ער רעדט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם קריג זיך פאר מיר, נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב, איך בין אזוי צעבראכן, איך דארף אביסל ווארעמקייט, אביסעלע ליבשאפט פון דיר".


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין יאוש איז נישט פארהאנען"; דאס איז נישט סתם געזאגט, 'עס איז נישטא קיין יאוש'; אויב מען טוט די עצות פון רבי'ן איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע טונקלקייטן און פון אלע ביטערניש.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער שפירן אויף די וועלט וואס צדיקים שפירן אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - פארוואס העלפט מיר נישט די תורה און תפלה?
כיבוד אב ואם, קדושה, תפילה והתבודדות, טערעפי, עבירות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל צום ערשט זיך באדאנקען פאר אלע עצות אין עבודת ה', און אויף אלע חיזוק, דער ראש ישיבה שליט"א האט ממש געראטעוועט מיין לעבן.


דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים אז די בעסטע עצה געראטעוועט צו ווערן פון די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, איז צו לערנען דעם דף גמרא און צו רעדן צום אייבערשטן. איך פרוביר אבער דאס צו טון, און ס'העלפט מיר נישט צופיל. וואס קען איך טון?


אויך וויל איך פרעגן, איך בין א גרוש, און מיין מאמע וויל איך זאל גיין אויף טערעפי. איך הער אבער פונעם ראש ישיבה כסדר אז טערעפי העלפט נישט, ס'איז נאר א וועג ארויסצושלעפן געלט. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט איך זאג דאס, דער הייליגער רבי זאגט דאס; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, מען ווערט געראטעוועט פון אראפ פאלן אין די עבירה.


נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש איז געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען תורה וועט אים די תורה ארויס נעמען פון די בלאטע".


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן ווייטער צו לערנען די הייליגע תורה, דאס וועט דיר ארויסנעמען פון דיין שלעכטע געוואוינהייט, דו וועסט אויפהערן פאלן אין די עבירה. בזכות וואס דו לערנסט וועסטו טרעפן בקרוב א גוטע שידוך, דו וועסט קענען זיין אפגעהיטן.


בנוגע טערעפי; ענדערש פאלג דעם רבי'ן מיט התבודדות, גיי יעדן טאג התבודדות. מאך זיך א צייט זיך אויסצורעדן צום אייבערשטן, אין אנהייב וועט דיר דאס זיין שווער, ווייל ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה ווערט פארלאשן די אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און קען מען נישט רעדן צו אים, אבער אז מען ברעכט עס דורך, מען נייט זיך צו דעם - ווערט מיט די צייט אויפגעבויט די אמונה.


דארפסט זיך נישט קריגן מיט דיין מאמע; זאג איר אז דו וועסט גיין צו א טערעפיסט, אזוי וועט זי נישט האבן קיין צער פון דיר און אנשטאט גיין רעדן צו א בשר ודם, וואס נישט נאר ער קען דיר נישט העלפן, ער קען זיך אליינס נישט העלפן - איז ווי אזוי קען ער העלפן אנדערע? זאלסטו גיין רעדן צום אייבערשטן, שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין לעבן, דערצייל אים דיינע ווייטאגן און בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דורכדעם וועט ארויס גיין פון דיר אלע צער און עגמת נפש.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס התבודדות איז, ווי געזונט דאס איז פאר'ן מענטש, ווי עס שטארקט דעם מענטש - וואלטן אלע אפגעלאזט די פותרי חלומות, יעדער וואלט זיך באשעפטיגט מיט דעם; דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען. משיח וועט אריין ברענגען אזא שטארקע אמונה אין יעדן איינעם; אנשטאט גיין בעטן טובות פון מענטשן, אנשטאט רעדן צו מענטשן - וועט זיך יעדער איינער באשעפטיגן נאר מיט אמונה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה יא, ט): "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", די גאנצע וועלט וועט זיין פארנומען נאר מיט רעדן צום אייבערשטן; דאס קען מען שוין יעצט זוכה זיין, דער רבי לערנט מיט אונז מיר זאלן נישט גיין צו קיינעם און נישט נאכלויפן קיינעם - נאר גיין צום אייבערשטן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - וואס טו איך אז מיין מאן איז נאר פארנומען צו הערן נייעס?
שלום בית, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זייער הנאה פון אייערע שיינע שיעורים, דאס געבט אונז אסאך חיזוק, א גרויסן יישר כח.


איך האב ב"ה א וואוילער מאן, אבער לעצטנס שטערט מיר זייער שטארק אז ער הערט אסאך נייעס אסאך צייט אין טאג. איך האב נישט קיין צייט צו רעדן צו אים, איך שפיר אז ער איז מער אינטערעסירט אין די נייעס ווי אין מיר, און דאס נעמט מיר די אפעטיט פון זיך צו רייניגן און זיך מאכן גרייט פאר אים. וואס קען איך טון?


צווייטנס וויל איך פרעגן, איך שפיר אז דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר, איך ווייס אבער נישט וואס. ווי אזוי קען וויסן וואס דער אייבערשטער וויל איך זאל פאררעכטן?


דריטנס, מיר האלטן שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קינדער, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן, און ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט געפערליך אז אייער מאן וויל הערן אביסל נייעס; דאס מיינט נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך, מען מעג הערן אביסל נייעס זיך אויסצולופטערן.


איר דארפט פארשטיין אז פונקט ווי איר זענט צעבראכן אז איר האט נאך נישט קיין קינדער, אזוי איז אייער מאן נאך מער צעבראכן; ער האט צוויי דאגות: איין דאגה וועגן קינדער און נאך א דאגה ווי אזוי ער קען אייך פרייליך מאכן, עס איז זייער שווער פאר א מאן צו זען זיין ווייב צעבראכן און דערשלאגן, דעריבער וויל ער זיך אביסל אויסבלאזן די נערוון, דערפאר הערט ער צו צו די נייעס.


דעריבער בעט איך אייך זייער שטארק, עס זאל אייך נישט שטערן אז אייער מאן וויל אביסל הערן נייעס וכו'; אז ער הערט די נייעס מיינט נאך נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך.


חס ושלום צו טראכטן אזעלכע מחשבות פון זיך נישט רייניגן וכו', דאס איז א גרויסע עבירה; אויב מען רייניגט זיך נישט אין צייט באקומט מען א גרויסע עונש, אפגערעדט אז דאס איז נישט שכל'דיג, דאס מאכט נאר ערגער; מען קען נישט פועל'ן מיט דעם וועג.


אויף די צווייטע פראגע, 'וואס דער אייבערשטער וויל פון אייך'; דער אייבערשטער וויל אז איר זאלט זיך מבטל זיין צו אים, איר זאלט אים גלייבן און איר זאלט אים געטרויען. אונזער ארבעט אויף די וועלט איז צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס, אז אלעס וואס פאסירט איז פון אים און אלעס איז מיט א ריכטיגקייט, אזוי אויך אז מיר זאלן איינערקענען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גלייבן אז אלעס וואס ער טוט איז גוט.


בנוגע קינדער וכו'; בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט זוכה זיין צו קינדער, דורכדעם וועט איר זוכה זיין בקרוב צו האבן קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - התבודדות איז נישט געמאכט פאר מיר, איז דא נאך עפעס עצות?
תפילה והתבודדות, עצות, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א געוועזענער חסידישער בחור, איך האב געהערט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מ'קען אנהויבן פון פריש א נייע בלעטל אין לעבן, אבער אינעם גאנצן שיעור האב איך בעיקר געהערט נאר די עצה פון תפלה און התבודדות און דאס גלייכן, איך וויל אבער וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט נאך עצות ווי אזוי אנצוהויבן פון פריש, איך גלויב אז ס'איז דא נאך עצות און געדאנקען פאר די אלע אזוי ווי מיר וואס התבודדות און די אנדערע עצות זענען נישט געמאכט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו צו זאגן 'התבודדות איז נישט פאר דיר'? וואס מיינט אז עס איז נישט געמאכט פאר אונז? עס איז דאך א מצות עשה צו דאווענען צום אייבערשטן!


התבודדות איז נישט עפעס א נייע זאך וואס ברסלב האט ערפינדן; קוק וואס דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תפלה, הלכה א-ב): "עִיקָר הַתְּפִלָּה הוּא מִצְוַת עֲשֵׂה מִן הַתּוֹרָה", דאווענען צום אייבערשטן איז א מצות עשה פון די תורה, "שֶׁיִּתְפַּלֵּל הָאָדָם וִיבַקֵּשׁ מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ כָּל מַה שֶׁהוּא צָרִיךְ", אז יעדע זאך וואס א מענטש דארף זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, "וְהוּא יָכוֹל לְדַבֵּר אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל שָׂפָה שֶׁרַק יָכוֹל", מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף סיי וואס פאר א שפראך מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי מִצְוַת עֲשֵׂה לְהִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם", און עס איז א מצוה צו דאווענען יעדן איינציגן טאג. "וְאֵין לַתְּפִלָּה זְמַן קָבוּעַ מִן הַתּוֹרָה", תפילה האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, "וּלְפִיכָךְ נָשִׁים וַעֲבָדִים חַיָּבִין בִּתְפִלָּה, לְפִי שֶׁהִיא מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁלֹא הַזְּמַן גְּרָמָא", דאווענען צום באשעפער איז א מצוה וואס איז נישט באגרעניצט אין א צייט, דערפאר זענען פרויען און קנעכט אויך מחויב מיט תפילה.


א איד שרייבט נישט אזעלכע ווערטער: "התבודדות איז נישט געמאכט פאר אונז"; התבודדות און תפילה דאס איז וואס א איד דארף טון, דאס איז די מצוה פון דאווענען. די נוסח התפילה לויט וואס מיר דאווענען שחרית, מנחה און מעריב - האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען ווען זיי האבן געזען דעם ביטערן לאנגן גלות, ווי די אידן וועלן זיך אויסמישן צווישן די פעלקער, דערפאר האבן זיי מתקן געווען דעם נוסח התפילה, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן - איז א זאך וואס יעדער איינער דארף טון.


אפשר מיינסטו צו זאגן אז התבודדות איז עפעס אן אינטערעסאנטע זאך? אפשר ווייסטו נישט וואס איז דאס התבודדות - אז דו שרייבסט אז התבודדות איז נישט געמאכט פאר אונז; אפשר האסטו דאס נאכנישט פרובירט צו טון, ווייל איינמאל מען פרובירט אויס די עצה פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן - דארף מען שוין גארנישט און מען וויל שוין גארנישט, מען ווערט שוין אויסגעלייזט, מען שפירט דעם זיסן טעם וואס מען וועט שפירן ווען משיח וועט קומען.


וואס וועסטו טון ווען משיח וועט קומען? משיח וועט אויסלערנען אלעמען צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט אייננעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיה נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; קענסטו דאך שוין יעצט רעדן צום אייבערשטן וועסטו שוין שפירן ווי משיח איז דא.


עס זענען פארהאן אסאך עצות ווי אזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די אלטע זאכן און אנהייבן א נייע לעבן, אבער צו אלע עצות דארף מען נאכאלץ צוקומען צו תפילה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אן עצה צו ווערן אן ערליכער איד, האט אים דער רבי געזאגט ער זאל זיך מאכן שיעורים צו לערנען, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער קען נישט לערנען, האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", דורך תפילה קען מען צוקומען צו אלעס; "לְכָל טוּב", צו אלעס גוטס, "לְתוֹרָה", צו לערנען תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגקייטן, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות וואס איז נאר פארהאנען, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
חינוך הילדים, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.

#29 - מיין מח איז פארברענט, ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויך קענען מחזק זיין און געבן א וועג ארויס פון מיינע שלעכטע געוואוינהייטן.


שוין פון אלץ גאר קליין קינד פלעג איך זיך שפילן זייער נישט איידל מיט אנדערע קינדער, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז א פראבלעם, איך קום פון א ליטווישע פאמיליע, ביי אונז רעדט מען נישט פון די זאכן, איך האב נישט געוואוסט אז איך טו עבירות, און אזוי האב איך זיך ליידער צוגעוואוינט צו טון עבירות.


דאס האט מיר באגלייט ווייטער אין חדר און אין ישיבה, און מיט די שכנים און שכנות, מיין גאנצע קאפ איז נאר געפארן אויף עבירות, און דערנאך האב איך זיך אויך געשאפט א סמארטפאון צו זען עבירות, ביז איך בין שוין יעצט אזוי שטארק אראפגעפאלן אז איך קען מער נישט טראכטן פון קיין שום אנדערע זאך, מיין קאפ טראכט נאר פון איין זאך, פון עבירות, ווען איך קוק אויף א מענטש לויפט מיין קאפ גלייך אויף עקלדיגע זאכן.


איך דארף שוין אריינגיין יעצט אין ישיבה גדולה, און איך בין ממש פארלוירן, איך מוז טרעפן א וועג ארויס פון מיינע שמוציגע מעשים און געדאנקען, איך וויל זיין אן ערליכער איד.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיר אליין איז איין צרה, אבער דאס וואס דו שרייבסט אז דו טוסט מיט דיינע שכנים, דו נעמסט קליינע קינדער און דו שפילסט זיך מיט זיי, דו זוכסט ווי אזוי דו קענסט זיי אנכאפן און קוקן וואו מען טאר נישט; דארפסטו וויסן אז עס וועט נישט נעמען לאנג און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז פאר דיין גאנצע לעבן, ווייל ווער עס שפילט זיך מיט קינדער, ער איז זיי מטמא רחמנא לצלן, אזא איינעם דארף מען איינשפארן אין תפיסה פאר'ן לעבן.


שטיי ווייט פון קינדער אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר; עס איז נישט קיין קינדער שפיל, דאס איז א שפיל מיט פייער, מען באצאלט זייער א טייערע פרייז. אפגערעדט פון די בזיונות וואס דו וועסט האבן, וואו דו וועסט גיין און וואו דו וועסט שטיין וועלן די קינדער דיר באזינגען מיט קאצן מוזיק, מען וועט שרייען אין אלע גאסן, מען וועט טייטלען מיט די פינגער אויף דיר: "דא גייט דער מניוול!" און דו וועסט ווערן פארשעמט מיט שטארקע בזיונות; פרעג איך דיר: "וואס פעלט דיר דאס אויס?"


יעצט בנוגע דיר אליין; אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין אזא פאסטקע, פון אלס קינד האסטו זיך צוגעוואוינט צו טון עבירות מיט אנדערע קינדער, מיט שכנים ושכינות, קיינער האט דיר נישט געזאגט אז דאס איז א זאך וואס הרג'ט דעם מענטש, ביסט אזוי שטארק אראפגעפאלן אז דו קענסט מער נישט טראכטן פון קיין שום אנדערע זאך, דיין קאפ טראכט נאר פון איין זאך, פון עבירות, ווען דו קוקסט אויף א מענטש לויפט דיין קאפ גלייך אויף עקלדיגע זאכן השם ישמרינו, דו שרייסט און בעטסט אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיין מצב, דו ווילסט זיין ערליך.


וויסן זאלסטו אז פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, נישט דא אזא זאך 'מען האט פארשלאסן די וועגן ארויס צו קריכן פון די צרה', דער פראבלעם איז נאר אז דער מענטש ווייסט נישט די וועג ארויס צו גיין, ער זעט נישט די טיר ארויס; אויף דעם האבן מיר באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, ער האט אונז געשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז באלייכטן אונזער לעבן, ער זאל אונז ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן און אונז ווייזן דעם וועג ארויס פון די פראבלעמען.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן, די וועג איז 'התבודדות'; א מענטש זאל גיין יעדן טאג אין א פריוואטע פלאץ און דארט זאל ער שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף זיין שפראך, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלע שלעכטע מחשבות, שלעכטע דיבורים און שלעכטע מעשים וואס דער יצר הרע מאכט אים טון. אין אנהויב ווען מען הויבט אן מאכן התבודדות איז דאס א שווערע זאך, מען שפירט נישט ווי מען רעדט צו איינעם, מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער הערט אויס וואס מען בעט אים, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט פארלירט מען די אמונה, ווייל ברית מיט אמונה גייט געקניפט און געבינדן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא), אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; מען הויבט אן טראכטן: 'דער אייבערשטער דארף מיר נישט', 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', ביז דער מענטש ווערט אזוי צעקלאפט אז ער גייט נאכאמאל צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים, "כְּכֶלֶב שָׁב עַל קֵאוֹ (משלי כו, יא)", אזוי ווי א הונט גייט צוריק צו זיין שמוץ; מען פאלט און מען פאלט ביז מען פאלט אריין אין נאך טיפערע בלאטעס, ביז מען שפירט זיך שוין אזוי שטארק פארלוירן אז מען הויבט אן טראכטן מחשבות פון ענדיגן דאס לעבן השם ישמרינו.


דעריבער דארף מען זיין שטארק אין אנהויב נישט אפצולאזן די וועג פון התבודדות, אפילו מען שפירט נישט ווי מען רעדט צו איינעם, מען שפירט נישט ווי איינער הערט אויס, דאך גייט מען ווייטער אויף דעם וועג, מען פאלגט דעם רבי'ן; מען רעדט צום אייבערשטן - נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל, מען בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך קען נישט אזוי לעבן, איך האב נישט קיין שליטה אויף מיר, איך שפיר זיך ווי א פארלוירענער, איך זינדיג אין פגם הברית און איך האלט אין איין פאלן. יעדער מיינט אז איך בין א נארמאלער מענטש, איך בין א וואוילער בחור, אבער איך בין אזוי טיף אריין געפאלן אין שאול תחתית אז איך קען נישט מער".


באמת אז מען טראכט אריין ביסטו נישט שולדיג, ווייל קיינער האט דיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה; דו ביסט אויפגעוואקסן אלע דיינע יארן אן וויסן בכלל אז דאס איז א זאך וואס הרג'עט דעם מענטש פאר'ן לעבן.


ביי די מקומות וואס האלטן זיך נישט מיט צדיקים דארט איז אפגעמאכט אז מען רעדט נישט פון קדושה, אפילו ביי די חסידישע ישבות זענען דא פלעצער וואס האבן א שיטה נישט צו רעדן וכו', בפרט ביי די מקומות וואס גייען נישט אויפ'ן דרך פון די הייליגע צדיקים תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו - דארט רעדט מען נישט; דו האסט א גוטע טענה צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב זיך צוגעוואוינט אלס יונג קינד צו די מעשים, פון וואו וואלט איך געדארפט וויסן וואס דאס איז?! פון וואו וואלט איך געדארפט וויסן אין וואס פאר א פלאנטער איך לייג זיך אריין?!" דו האסט וואס צו טענה'ן מיט'ן אייבערשטן.


אז דו וועסט גיין אויף דעם וועג, דו וועסט רעדן צום אייבערשטן טאג נאך טאג וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהויבן קענען טראכטן, דו וועסט אנהויבן קענען גיין צווישן מענטשן, דו וועסט זיך קענען ארויסדרייען פון דיינע נישט גוטע וועגן.

#28 - קיינער דארף מיר נישט, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צעבראכן, איך שפיר אז קיינער דארף מיר נישט, איך שפיר זיך אינגאנצן אליין, און איך האב מער נישט קיין כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט: "קיינער דארף מיר נישט" און דו ביסט זייער צעבראכן דערפון.


לאמיר זאגן עס איז טאקע אזוי, קיינער דארף דיר נישט האבן, אבער פארוואס זאלסטו זיין צעבראכן פון דעם? דער אייבערשטער דארף דיר יא און אז דער אייבערשטער דארף דיר האבן דארפסטו שוין נישט קיינעם אויף דער וועלט; ווייל וואס נאך דארף א מענטש? נאר איין זאך, ער זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, מער פון דעם איז נישט דא, מער פון דעם דארף נישט  א מענטש.


א מענטש דארף לעבן מיט אזא שטארקע אמונה, ער זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, עס זאל אים נישט אנגיין קיין שום אנדערע זאך אויף דער וועלט, די גאנצע חיות פונעם מענטש דארף זיין פון דעם אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ער איז מחי' די גאנצע וועלט, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז ער און ער איז אלעס; דאס איז די בעסטע זאך אויף די וועלט.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה: "התבודדות", א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ע) אז ווען א מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, קומט דער אייבערשטער כביכול און שטייט קעגן דעם מענטש און הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער רעדט.


לעב מיט די עצה וועסטו קיינמאל נישט שפירן ווי דו ביסט איינער אליין.

#27 - יישר כח פאר אלע גוטע זאך וואס איך באקום פון די שיעורים
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, יונגע יארן, בחור, עצתו אמונה, סדר דרך הלימוד, חשבון הנפש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב היינט זוכה געווען צו ענדיגן גמרא מסכת ערכין, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס לערנט אונז אויס דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן אז מ'קען זאגן די ווערטער פון תורה, מיינע עלטערן קוקן שוין ארויס צו מיין סיום הש"ס אי"ה.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן מיין בריוו וועגן עסן פאר'ן דאווענען. איך עס שוין נישט ב"ה פאר'ן דאווענען, אבער נעכטן פאר'ן דאווענען בין איך געווען זייער הונגעריג און כ'האב יא געגעסן, שפעטער אינמיטן טאג האב איך זיך געקויפט א נייע ציצית און אין די ערשטע מינוט נאכ'ן עס אנטון האט זיך אויסגעגאסן דערויף א גאנצע גלעזל סאדע. נאכ'ן מאכן התבודדות האב איך פארשטאנען אז דאס קומט ווייל איך האב געגעסן פאר'ן דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט אין ספר המדות (בגדים ה') "מי שאוכל קודם התפלה, נענש בבגדים", האב איך זיך פריש פארגענומען מער נישט צו עסן פאר'ן דאווענען.


און דאס איז אויך נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אריינגעלייגט אין אזא יונגער בחור ווי מיר אז קיין שום זאך געשעט נישט פערצופאל, נאר אלעס האט א חשבון, מ'דארף נאר מאכן א חשבון הנפש און דאן שווימט אלעס ארויף.


א באזונדערע יישר כח פאר די וועכטנליכע קונטרס "עצתו אמונה", איך ליין עס דורך יעדע וואך פון דעקל צו דעקל, ס'איז ממש מחיה נפשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדה בתורה; נאך אביסל ביסטו זוכה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יאר עבודת השם אויף דער עלטער.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש; זע אויך צו לערנען יעדן טאג אביסל תיקונים, וואס דאס איז מזכך ומטהר דעם נפש. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג הלכה און זאגן דעם יום תהילים.


אלע בריוו פון ספר עצתו אמונה איז געשריבן פאר דיר; דאס איז נישט געמאכט צו 'ליינען', דאס איז א לימוד, עס איז געמאכט צו 'לערנען'. לערנען דאס דורך איינמאל און נאכאמאל וועסטו זיין אן ערליכער איד, דו וועסט זיך קענען דערהאלטן אין אלע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - דארף מען רעדן א גאנצן טאג צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו זאגט דער רבי אז א מענטש זאל רעדן צום אייבערשטן א גאנצן טאג, ווען ער האט נאר צייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו): "שֶׁרְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לָנוּ כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ הִתְבּוֹדְדוּת וּלְבַלּוֹת כָּל הַיּוֹם עַל זֶה", איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א גאנצן טאג התבודדות, מען זאל פארברענגען דעם גאנצן טאג מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, "אַךְ לָאו כָּל אָדָם יָכוֹל לְקַיֵּם זֹאת", און אזוי ווי נישט אלע קענען דאס מקיים זיין, "עַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ לְצַוּוֹת לָהֶם שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה שָׁעָה הִתְבּוֹדְדוּת כִּי גַּם זֶה טוֹב מְאֹד", דעריבער זאל מען כאטש פרובירן צו רעדן צום אייבערשטן איין שעה אין טאג, ווייל אביסל איז אויך גוט, "אֲבָל מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק בַּה', וְרוֹצֶה לְקַבֵּל עָלָיו עֹל עֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בֶּאֱמֶת, רְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לוֹ כָּל הַיּוֹם הִתְבּוֹדְדוּת", אבער ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת - זאל זיך צוגעוואוינען מיט די הנהגה, צו רעדן צום אייבערשטן א גאנצן טאג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כא.): 'וּלְוַאי שֶׁיִּתְפַּלֵּל אָדָם כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ'", הלואי זאל מען דאווענען א גאנצן טאג.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן; ווען מען האט צייט איז מען זיך מתבודד, מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דאן איז מען זוכה צו שפירן בזה העולם דעם גן עדן אליינס, מען איז זוכה צו שפירן די זיסע געשמאקע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#25 - ווי אזוי רעדט מען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך הער עס כסדר אויס און איך שעפ אסאך חיזוק און חיות דערפון.


איך וויל זייער שטארק זיין א ברסלב'ער חסיד, איך וויל זיין אן ערליכער איד באמת, רעדן צום אייבערשטער כסדר. ווען איך רעד אבער צום אייבערשטער ווער איך מבולבל און פארלוירן, איך שפיר נישט ווי איך רעד צו מיין חבר, עס האלט קוים אן פאר איין מינוט, און רוב ווערטער זענען: "רבונו של עולם איך וויל רעדן צו דיר", אפשר קען איך האבן א עצה ווי אזוי זיך צוצוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטער כדבר איש אל רעהו, צו שפירן אז איך רעד צו מיין טאטע.


נאך א זאך וואס באדערט מיר שוין פון אלס קינד, איך האב געמיינט אז איך וועל פטור ווערן דערפון אבער דערווייל איז עס נאר מיטגעוואקסען מיט מיר, יעדעס מאל איך גיי צום דאקטאר אדער דענטיסט ובפרט פאר מער ערנסטע זאכן, כאפט מיר אן אזא פחד און שרעק, וואס קען איך טון זיך צו מתגבר זיין?


א יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע תפילות זענען אויסנאם תפילות; בעט ווייטער די הערליכע ווערטער: "רבונו של עולם, איך וויל רעדן צו דיר", זאג דאס איבער טויזנטער מאל ביז דו וועסט זוכה זיין אנצוהייבן שפירן דעם אייבערשטן.


עס נעמט א שטיק צייט ווי לאנג דער מענטש הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער הערט אים אויס, אזוי ווי ווען ער רעדט צו א חבר. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז קיינער קוקט נישט אויף אים און מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט ער זיך זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאוונט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


זעט מען פון דעם אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אויפצוהערן בעטן און דאווענען, אפילו ווען עס ווערט פארמאכט די געפילן, מען שפירט גארנישט און מען זעט גארנישט; אדרבה, מען זעט נאר פארקערט, מען זעט ווי מען בעט און מען בעט און עס רירט זיך גארנישט, דארף מען זיין א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן די עבודת השם יתברך. אבער ביים סוף ווער עס האלט אן די עצה פון התבודדות איז זוכה אז ער באקומט א לויטערע מח, ער הייבט אן לעבן מיט אמונה און אלע פחדים גייען אוועק פון אים, ער האט נישט מורא פון קיינעם נישט, נישט פון קיין דאקטער, דענטיסט, מלאכים און אפילו פונעם מלאך המוות, נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, תפילה והתבודדות, איינזאם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם וואס איז צו לאנג און פארצווייגט אראפצושרייבן, אבער ממש אויפ'ן שפיץ גאפל קען איך אזויפיל שרייבן אז איך שפיר זיך ווי א מצורע וועמען מ'האט געלייגט אין חרם.


איך האב זיך אריבערגעצויגן מיט צוויי יאר צוריק צו א נייע געגנט, אבער קיינער דארט איז נישט אינטערעסירט אין מיר, נישט אין גאס און נישט און שול, קוים וואס איינער גרוסט מיר אמאל.


איך בין זייער א שטילער מענטש, א גרויסער ביישן, סיי פון נאטור אויס און סיי ווייל מ'האט מיר אסאך צעקלאפט און צעשאסן, צעריסן און צעשמעטערט אויף שטיקער.


איך בין זייער צעבראכן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון מיינע צרות, ביטע העלפט מיר ארויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן; די עצה פון התבודדות – זיך אויסרעדן צום אייבערשטן. ווען א מענטש הייבט אן רעדן צום אייבערשטן טוישט זיך אים דאס גאנצע לעבן, מען גייט ארויס פון די איינגעגעסנקייט, מען קוקט אנדערש אויף דער וועלט און מען ווערט פרייליך און צופרידן.


עס זאל דיר נישט שטערן אז דו ביסט א שטילער מענטש און א גרויסער ביישן, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו זיין א שטילער מענטש און עס איז נישט קיין חסרון צו זיין א שעמעדיגער מענטש; ביישנות איז א אידישע מידה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז איינע פון די סימנים פון אידישע קינדער איז אז זיי זענען "ביישנים", שעמעדיג; נאך זאגן אונז חז"ל (נדרים כ.) אויפ'ן פסוק (שמות כ, כ): "בַּעֲבוּר תִּהְיֶה יִרְאָתוֹ עַל פְּנֵיכֶם", זוּ בּוּשָׁה, "לְבִלְתִּי תֶחֱטָאוּ", - מְלַמֵד שֶׁהַבּוּשָׁה מְבִיאָה לִידֵי יִרְאַת חֵטְא", ווער עס האט דער מידת הבושה וועט נישט קומען צו קיין זינד.


אמת, דו ביסט אריבער זייער א שווערע יוגנט; עס טוט זייער וויי צו הערן וואס דו שרייבסט אז מען האט דיר געטון, מען האט דיר אסאך צעקלאפט, צעשאסן, צעריסן און צעשמעטערט, אבער איך מוז דיר זאגן אז דיין הצלחה ליגט אין דיינע הענט. אז דו וועסט אריין נעמען אין דיר די אמונה; דו וועסט זינגען צום אייבערשטן שירות ותשבחות, אים דאנקען און לויבן, דורכדעם וועסטו ארויסגיין פון דיין איינגעגעסנקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#23 - קען א מאמע בעטן דעם אייבערשטן אנשטאט איר קינד?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, איך בין זיך זייער מחיה דערמיט, און כאטש וואס כ'פלעג אלץ רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז יעדע אידישע פרוי רעדט צום אייבערשטן אפילו מ'איז נישט קיין ברסלבער, אבער די שיעורים און דרשות געבן מיר פיל מער חיזוק זיך מער צו שטארקן צו בעטן דעם אייבערשטן.


מיין בחור לערנט אין א ישיבה, אבער ער מוטשעט זיך שטארק ברוחניות, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און פארשטייט זיך אז מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם, איך וויין אסאך צום אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, דער בחור אליין שפירט נישט אז עפעס פעלט אים, ער מיינט אז ער וויל פשוט הנאה האבן אויף דער וועלט, און ער כאפט נישט ווי ער גייט אויפ'ן וועג אראפ צום שאול תחתית, און ער וועט נישט בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך צוריק כאפן. איז די שאלה צי איך קען עס טון אנשטאט אים, אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אים אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אפלאזן די אלע שלעכטע כלים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט צו קוקן שלעכטע זאכן, ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איז דאס די זעלבע זאך ווען איך בעט אנשטאט אים? וועט דאס העלפן די זעלבע ווי ווען ער אליין וואלט ווען געבעטן פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די הוה אמינא צי עס העלפט תפילות פון א מאמע פאר אירע קינדער?! אלע גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט איז נאר ווייל זייערע מאמעס פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט תפילות צום אייבערשטן אויף אלע קינדער וועט איר זען פיל נחת ביי אלע פון זיי, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר דעם קינד וואס פאלט וכו', פאר אלע אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פועל'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט, אַזוֹי זָאל אָנְגֶעצִינְדְן וֶוערְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס לִיכְט אִין אַלֶע אִידִישֶׁע הֶערְצֶער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט, בִּפְרַט מַיין זוּן הַבָּחוּר ..., הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אִים אוּן עֶפְן אִים זַיין הַארְץ עֶר זָאל נָאר דִיר וֶועלְן, עֶר זָאל אָפְּלָאזְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן, עֶר זָאל הָאבְּן רֵיינֶע אוֹיגְן אוּן נִישְׁט קוּקְן דִי אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט זָאלְסְטוּ אִים לִיכְטִיג מַאכְן זַיין לֶעבְּן, עֶס זָאל אַרַיין גֵיין אִין אִים אַ רֵיינֶע גֵייסְט, אַ הֵיילִיגְקֵייט. מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפזעצן און אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו קוקן גוט אויף אים; זוכטס אויף גוטע נקודות אויף אייער זון נרו יאיר און מאכט דערפון אן עסק, ווייל געווענליך זוכט מען אלץ חסרונות אינעם קינד. ווען מען זעט עפעס וואס דער קינד דארף פאררעכטן האלט מען פאר דעם קינד, אבער ווען דער קינד טוט גוטס דעמאלט זאגט מען גארנישט, דער וועג איז נישט קיין וועג; קלוגע עלטערן מאכן פון יעדע גוטע נקודה אן עסק.


אז איר וועט קוקן גוט אויף אים וועט איר אים צוריק ברענגען אינגאנצן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


שטארקטס אייך אין תפילה, זייטס ממשיך מיט אייערע תפילות וועט איר זען גרויסע ניסים.

#22 - דארף איך טאקע נחת פון די קינדער נאר פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צו די חתונה פון אייער קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך אידיש נחת פונעם פארפאלק, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, אין זכות פון די אלע שטיבער וואס איר ראטעוועט מאפילה לאור גדול.


איך זאג די תפילה פון של"ה הקדוש אויף גוטע קינדער, אבער ביי די ווערטער "אַתָּה ה' יוֹדֵעַ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה", שפיר איך זיך ווי א ליגנער ווייל איך האלט נישט אז איך בעט פאר גוטע קינדער ממש פאר'ן באשעפער'ס וועגן, איך מיין אז ס'איז מער פאר כבוד און מנוחה, איך האלט נישט אויף אזא מדריגה, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ווייטער ממשיך צו זאגן די תפילה אויף גוטע ערליכע קינדער און ווען דו זאגסט די ווערטער פון תפילת השל"ה: "וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה" - זאלסטו זיך נישט שפירן ווי דו זאגסט ליגנט ווייל באמת איז דאס דיין רצון און דער רצון פון יעדע איד, צו דינען דעם אייבערשטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן; יעדער איד וויל דינען דעם אייבערשטן לשמה – פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, נאר דער יצר הרע פארדרייט דעם קאפ, מח און הארץ מען זאל נאכגיין תאוות און נארישקייטן. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א ברענגט אין די תפילה וואס ער פלעגט זאגן יעדן ערב ראש השנה און מיר פירן זיך אויך דאס צו זאגן יעדן ערב ראש השנה נאכן מאכן התרת נדרים, מיר זענען דערביי מגלה דעת אז מיר ווילן טון נאר דעם רצון פונעם אייבערשטן און אלע אנדערע מחשבות וואס קומען אריין איז מצד דעם יצר הרע.


איידער איך בין מקוב געווארן צום הייליגן רבי'ן, פאר איך האב זיך דערוויסט פון די זיסע עצה פון התבודדות פלעגט איך זייער אסאך זאגן די תפילות פון ספר עבודת הקודש, בפרט די "מסירת מודעה" וואו מען שמועסט זיך אויס אז מען וויל זיין אן ערליכער איד אפילו עס זעט אויס ווי מען וויל עפעס אנדערש.


דא האסטו דעם נוסח:


"הֲרֵינִי מוֹסֵר מוֹדָעָה לִפְנֵיכֶם שֶׁכָּל מַחֲשָׁבָה רָעָה וְהִרְהוּר רַע וּרְעוּתָא דְלִבָּא אִם יַעֲלֶה בְּלִבִּי וּמֹחִי, וּבִפְרָט בְּעֵת הַתְּפִלָּה וְתַלְמוּד תּוֹרָה בְּאֵיזֶה צַד וָאֹפֶן שֶׁאֵינוֹ לִכְבוֹד וּרְצוֹן הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ, מֵעַכְשָׁיו אֲנִי מְבַטֵּל אוֹתָן מַחֲשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים וּרְעוּתָא דְלִבָּא אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד רְצוֹן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּטּוּל גָּמוּר כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר, וּמִכָּל שֶׁכֵּן אִם אֲדַבֵּר אֵיזֶה דִּבּוּר רַע וְאִסּוּר מֵעַכְשָׁיו יִהְיוּ הַכֹּל בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים. וְעַתָּה אֲנִי מְבָרֵר וּמְפָרֵשׁ בַאֵר הֵיטֵב וַאֲנִי מְגַלֶּה דַּעְתִּי וּרְצוֹנִי בְּכָל לִבִּי כִּי רְצוֹנִי וּמַאֲוָיִי וְכַוָּנָתִי לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאֵנוּ אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אֱלֹקֵי יִצְחָק וְיִשְׂרָאֵל עֲבוֹדָה שְׁלֵמָה, עֲבוֹדָה תַּמָּה בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה בְּיִרְאָה וְאַהֲבָה וְשִׂמְחָה כַּדָּת מַה לַּעֲשׂוֹת, וְכָל מַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה נֶגֶד רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ מֵעַכְשָׁו בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים, כִּי הֵם מִצַּד יֵצֶר הָרָע וְהַכֹּל הָבֶל, בְּאֹפֶן שֶׁכָּל עֲבוֹדָתֵנוּ לַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה הַכֹּל הוּא לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְפָנָיו דַּוְקָא בְּלִי שׁוּם פְּנִיָּה כְּלָל וְעִקָּר, וְהַכֹּל הוּא לְשֵׁם יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּדְחִילוּ וּרְחִימוּ וּרְחִימוּ וּדְחִילוּ לְיַחֲדָא שֵׁם י"ה בְּו"ה בְּיִחוּדָא שְׁלִים בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל, לְדַעַת רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי וְרַבִּי אֶלְעָזָר בְּנוֹ, וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִּי. וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב וְתַלְמִידָיו, וּלְדַעַת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא וְתַלְמִידָיו, הַמָּקוֹם בְּרַחֲמָיו יַעְזְרֵנוּ עַל דְּבַר כְּבוֹד שְׁמוֹ מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


לייג אוועק אלע דיינע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות; קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. און רבי נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און טוען נישט אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#21 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טוט מען אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און די איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביי אידישקייט און ביים אייבערשטן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב זייער א שווערע און ביטערע לעבן, איך בין פול מיט יסורים און דעפרעסיע כסדר, און איך האב נישט קיין שום געפיל צו לעבן, איך ווייס נישט פארוואס איך לעב, איך ווייס נישט פארוואס איך בין געבוירן געווארן אויף דער וועלט, פארוואס בין איך אראפגעקומען דא זיך צו מוטשען מיט אזויפיל צרות און יסורים?


פארוואס האט דער אייבערשטער זיך אזוי פארלייגט אויף מיר? אין די מצב אין וואס איך בין, ווי אזוי וועל איך קענען חתונה האבן? ווי אזוי וועל איך קענען אויפציען קינדער? אין די צייט וואס איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי פיל מיט נעגאטיווע געפילן.


דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווארשיינליך ענטפערן צו מאכן התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן, אבער דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, איך קען ממש נישט עפענען דאס מויל און ארויסרעדן אפילו איין אות צום אייבערשטן. ווען איך וויל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, ווער איך ממש שטום, די מויל איז מיר פארקלעבט.


ביטע העלפט מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דורכדעם וועט אייך בעסער ווערן. ווייל ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, דאן לעבט ער א זיסע לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, צוליב די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם; פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אייער דעפרעסיע דארפט איר אויפזוכן דאס גוטס אין זיך; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה (דער שווער פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה), דער ר' אהרן איז געווען זייער א פרייליכער איד, ער איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען א עני ואביון און עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איר שרייבט אז איר קענט נישט עפענען דאס מויל צו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז ווייל איר טראכט נאר פון אייער שלעכטס, אז איר וועט אנהייבן זוכן דאס גוטס אין זיך, איר וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, אויך אז איר וועט גלייבן אז איר וועט ארויס גיין פון אלע שוועריקייטן און איר וועט ווערן פרייליך – דאן וועט איר שוין קענען רעדן צום אייבערשטן און אים אלעס קענען דערציילן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט קוקן אויף אייער לעבן.

#19 - זאל מען אפשרייבן די "מעשיות פון תפלה"?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געקלערט פון א געדאנק, אז אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזוי סאך וועגן תפלה, וועגן מעשיות פון תפלה, איז אפשר א גוטע זאכן צו זאגן פאר מענטשן אז מ'זאל זיך אפשרייבן די מעשיות, יעדער זאל האבן ביי זיך א ביכל אין וואס ער זאל אריינשרייבן אלע זיין מעשיות וואס ער האט געבעטן דעם אייבערשטן און ער איז געהאלפן געווארן, דאס קען העלפט מער צו לעבן מיט דעם כסדר.


יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א גרויסע כח תפילה האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה, לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", דער אייבערשטער זאגט, ווען א מענטש האט א צרה און ער דארף א ישועה, זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל, נאר צו מיר זאל ער שרייען, פון מיר זאל ער בעטן און איך וועל אים גלייך ענטפערן; זעט מען פון דא אז ווען א מענטש געפונט זיך אין א צרה זאל ער נישט גיין צו קיינעם נישט, נאר שרייען צום אייבערשטן. אפילו עס זעט אויס ווי מען קען דאס נישט טוישן זאל מען ווייטער שרייען צום אייבערשטן, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


טאקע אזוי ווי דו שרייבסט טוען אלע תלמידים - סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אלע האבן א "תפלה צעטל" וואו שרייבט מען אויף אלעס וואס מען דארף האבן אין לעבן, און יעדעס מאל ווען מען שמועסט זיך אויס צום אייבערשטן נעמט מען ארויס דעם "תפלה צעטל" און מען בעט אויף אלעס וואס שטייט דארט. און ווען מען ווערט געהאלפן מאכט מען א סימן כדי מען זאל געדענקען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. און ווען מען ווערט געהאלפן מיט אלע בקשות פונעם צעטל לייגט מען דאס אוועק אויף שפעטער זיך צו מחזק זיין און געדענקען די חסדים און ניסים וואס מען באקומט ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס טוט מען ווען מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר א צייט צוריק האב איך געשיקט א שאלה וואס צו טון מיט מיין זון וואס האט א שכן האט אים אנגערירט אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער, איך האב באקומען די תשובה, און איך מוז זיך באדאנקען פאר דעם, אזוי האב איך געוואוסט וואס איך האב צו טון, און ווי אזוי צו גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


און בכלל דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מורא'דיג מחזק מיר מיט מיין מאן. מיין מאן וויל זיך באזונדער באדאנקען פאר די הערליכע תפלות וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי אייך אין אומאן, ער איז שוין צען יאר אין ברסלב, און פארט שוין צען יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אזעלכע שיינע תפלות מיט אזא התעוררות, ער איז אהיימגעקומען מיט א ספעציעלע פרישקייט און מיט עקסטערע כוחות.


יעצט וויל איך פרעגן א שאלה פון מיין מאן, פון ווען ער איז מקורב געווארן קיין ברסלב, האט ער אנגעהויבן זייער מקפיד זיין אויף התבודדות יעדן טאג, שוין יארן וואס ער פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, אבער עס גייט נישט ארויס קיין ווערטער. ער קען זיצן א שעה צייט אן רעדן, און זינגען קומט אים אן שווער, און געווענליך שלאפט ער איין צום סוף.


ער וועט נישט מיואש דערפון, ער גייט ווייטער אן צו פרובירן יעדן טאג, אבער למעשה טוט אים זייער וויי אז ער קען נישט רעדן צום אייבערשטן, ער שפירט אז ווען ער וואלט ווען זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן וואלט ארויסגעגאנגען פון אים אלע שוועריקייטן. ער איז שוין געגאנגען צו פארשידענע טערעפיסטן, צו זיי האט ער יא געקענט רעדן, אבער זיי האבן אים נישט צופיל געקענט העלפן. ער וויל גיין נאר צום אייבערשטן, ער קען אבער נישט רעדן צו אים.


איך האף אז איר וועט אונז קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער עיקר אויף וואס מען דארף בעטן דעם אייבערשטן איז זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


מוהרא"ש זאגט: מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן.


ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט, דעמאלט הייבט ער אן האבן פייגלעך אין קאפ; ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער וויל נישט צוהערן זיינע תפילות, וואס דאס קומט פון זיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיטן מענטש.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף אמונה; מען זאל זוכה זיין צו שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא, דעמאלט וועט דער מענטש שוין נישט האבן דעם פראבלעם אז מען האט נישט וואס צו רעדן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו.

#17 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, צדיקים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.