שאלה אין קורצן ענין
#22 - דארף איך טאקע נחת פון די קינדער נאר פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צו די חתונה פון אייער קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך אידיש נחת פונעם פארפאלק, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, אין זכות פון די אלע שטיבער וואס איר ראטעוועט מאפילה לאור גדול.


איך זאג די תפילה פון של"ה הקדוש אויף גוטע קינדער, אבער ביי די ווערטער "אַתָּה ה' יוֹדֵעַ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה", שפיר איך זיך ווי א ליגנער ווייל איך האלט נישט אז איך בעט פאר גוטע קינדער ממש פאר'ן באשעפער'ס וועגן, איך מיין אז ס'איז מער פאר כבוד און מנוחה, איך האלט נישט אויף אזא מדריגה, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ווייטער ממשיך צו זאגן די תפילה אויף גוטע ערליכע קינדער און ווען דו זאגסט די ווערטער פון תפילת השל"ה: "וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה" - זאלסטו זיך נישט שפירן ווי דו זאגסט ליגנט ווייל באמת איז דאס דיין רצון און דער רצון פון יעדע איד, צו דינען דעם אייבערשטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן; יעדער איד וויל דינען דעם אייבערשטן לשמה – פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, נאר דער יצר הרע פארדרייט דעם קאפ, מח און הארץ מען זאל נאכגיין תאוות און נארישקייטן. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א ברענגט אין די תפילה וואס ער פלעגט זאגן יעדן ערב ראש השנה און מיר פירן זיך אויך דאס צו זאגן יעדן ערב ראש השנה נאכן מאכן התרת נדרים, מיר זענען דערביי מגלה דעת אז מיר ווילן טון נאר דעם רצון פונעם אייבערשטן און אלע אנדערע מחשבות וואס קומען אריין איז מצד דעם יצר הרע.


איידער איך בין מקוב געווארן צום הייליגן רבי'ן, פאר איך האב זיך דערוויסט פון די זיסע עצה פון התבודדות פלעגט איך זייער אסאך זאגן די תפילות פון ספר עבודת הקודש, בפרט די "מסירת מודעה" וואו מען שמועסט זיך אויס אז מען וויל זיין אן ערליכער איד אפילו עס זעט אויס ווי מען וויל עפעס אנדערש.


דא האסטו דעם נוסח:


"הֲרֵינִי מוֹסֵר מוֹדָעָה לִפְנֵיכֶם שֶׁכָּל מַחֲשָׁבָה רָעָה וְהִרְהוּר רַע וּרְעוּתָא דְלִבָּא אִם יַעֲלֶה בְּלִבִּי וּמֹחִי, וּבִפְרָט בְּעֵת הַתְּפִלָּה וְתַלְמוּד תּוֹרָה בְּאֵיזֶה צַד וָאֹפֶן שֶׁאֵינוֹ לִכְבוֹד וּרְצוֹן הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ, מֵעַכְשָׁיו אֲנִי מְבַטֵּל אוֹתָן מַחֲשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים וּרְעוּתָא דְלִבָּא אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד רְצוֹן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּטּוּל גָּמוּר כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר, וּמִכָּל שֶׁכֵּן אִם אֲדַבֵּר אֵיזֶה דִּבּוּר רַע וְאִסּוּר מֵעַכְשָׁיו יִהְיוּ הַכֹּל בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים. וְעַתָּה אֲנִי מְבָרֵר וּמְפָרֵשׁ בַאֵר הֵיטֵב וַאֲנִי מְגַלֶּה דַּעְתִּי וּרְצוֹנִי בְּכָל לִבִּי כִּי רְצוֹנִי וּמַאֲוָיִי וְכַוָּנָתִי לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאֵנוּ אֱלֹקֵי אַבְרָהָם אֱלֹקֵי יִצְחָק וְיִשְׂרָאֵל עֲבוֹדָה שְׁלֵמָה, עֲבוֹדָה תַּמָּה בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה בְּיִרְאָה וְאַהֲבָה וְשִׂמְחָה כַּדָּת מַה לַּעֲשׂוֹת, וְכָל מַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה נֶגֶד רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ מֵעַכְשָׁו בְּטֵלִים וּמְבֻטָּלִים, כִּי הֵם מִצַּד יֵצֶר הָרָע וְהַכֹּל הָבֶל, בְּאֹפֶן שֶׁכָּל עֲבוֹדָתֵנוּ לַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ בְּמַחֲשָׁבָה וְדִבּוּר וּמַעֲשֶׂה הַכֹּל הוּא לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְפָנָיו דַּוְקָא בְּלִי שׁוּם פְּנִיָּה כְּלָל וְעִקָּר, וְהַכֹּל הוּא לְשֵׁם יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּדְחִילוּ וּרְחִימוּ וּרְחִימוּ וּדְחִילוּ לְיַחֲדָא שֵׁם י"ה בְּו"ה בְּיִחוּדָא שְׁלִים בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל, לְדַעַת רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי וְרַבִּי אֶלְעָזָר בְּנוֹ, וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִּי. וּלְדַעַת הָרַב רַבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב וְתַלְמִידָיו, וּלְדַעַת רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא וְתַלְמִידָיו, הַמָּקוֹם בְּרַחֲמָיו יַעְזְרֵנוּ עַל דְּבַר כְּבוֹד שְׁמוֹ מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


לייג אוועק אלע דיינע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות; קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. און רבי נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און טוען נישט אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#21 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טוט מען אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און די איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביי אידישקייט און ביים אייבערשטן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב זייער א שווערע און ביטערע לעבן, איך בין פול מיט יסורים און דעפרעסיע כסדר, און איך האב נישט קיין שום געפיל צו לעבן, איך ווייס נישט פארוואס איך לעב, איך ווייס נישט פארוואס איך בין געבוירן געווארן אויף דער וועלט, פארוואס בין איך אראפגעקומען דא זיך צו מוטשען מיט אזויפיל צרות און יסורים?


פארוואס האט דער אייבערשטער זיך אזוי פארלייגט אויף מיר? אין די מצב אין וואס איך בין, ווי אזוי וועל איך קענען חתונה האבן? ווי אזוי וועל איך קענען אויפציען קינדער? אין די צייט וואס איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי פיל מיט נעגאטיווע געפילן.


דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווארשיינליך ענטפערן צו מאכן התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן, אבער דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, איך קען ממש נישט עפענען דאס מויל און ארויסרעדן אפילו איין אות צום אייבערשטן. ווען איך וויל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, ווער איך ממש שטום, די מויל איז מיר פארקלעבט.


ביטע העלפט מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דורכדעם וועט אייך בעסער ווערן. ווייל ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, דאן לעבט ער א זיסע לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, צוליב די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם; פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אייער דעפרעסיע דארפט איר אויפזוכן דאס גוטס אין זיך; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה (דער שווער פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה), דער ר' אהרן איז געווען זייער א פרייליכער איד, ער איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען א עני ואביון און עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איר שרייבט אז איר קענט נישט עפענען דאס מויל צו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז ווייל איר טראכט נאר פון אייער שלעכטס, אז איר וועט אנהייבן זוכן דאס גוטס אין זיך, איר וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, אויך אז איר וועט גלייבן אז איר וועט ארויס גיין פון אלע שוועריקייטן און איר וועט ווערן פרייליך – דאן וועט איר שוין קענען רעדן צום אייבערשטן און אים אלעס קענען דערציילן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט קוקן אויף אייער לעבן.

#19 - זאל מען אפשרייבן די "מעשיות פון תפלה"?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געקלערט פון א געדאנק, אז אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזוי סאך וועגן תפלה, וועגן מעשיות פון תפלה, איז אפשר א גוטע זאכן צו זאגן פאר מענטשן אז מ'זאל זיך אפשרייבן די מעשיות, יעדער זאל האבן ביי זיך א ביכל אין וואס ער זאל אריינשרייבן אלע זיין מעשיות וואס ער האט געבעטן דעם אייבערשטן און ער איז געהאלפן געווארן, דאס קען העלפט מער צו לעבן מיט דעם כסדר.


יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א גרויסע כח תפילה האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה, לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", דער אייבערשטער זאגט, ווען א מענטש האט א צרה און ער דארף א ישועה, זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל, נאר צו מיר זאל ער שרייען, פון מיר זאל ער בעטן און איך וועל אים גלייך ענטפערן; זעט מען פון דא אז ווען א מענטש געפונט זיך אין א צרה זאל ער נישט גיין צו קיינעם נישט, נאר שרייען צום אייבערשטן. אפילו עס זעט אויס ווי מען קען דאס נישט טוישן זאל מען ווייטער שרייען צום אייבערשטן, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


טאקע אזוי ווי דו שרייבסט טוען אלע תלמידים - סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אלע האבן א "תפלה צעטל" וואו שרייבט מען אויף אלעס וואס מען דארף האבן אין לעבן, און יעדעס מאל ווען מען שמועסט זיך אויס צום אייבערשטן נעמט מען ארויס דעם "תפלה צעטל" און מען בעט אויף אלעס וואס שטייט דארט. און ווען מען ווערט געהאלפן מאכט מען א סימן כדי מען זאל געדענקען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. און ווען מען ווערט געהאלפן מיט אלע בקשות פונעם צעטל לייגט מען דאס אוועק אויף שפעטער זיך צו מחזק זיין און געדענקען די חסדים און ניסים וואס מען באקומט ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס טוט מען ווען מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר א צייט צוריק האב איך געשיקט א שאלה וואס צו טון מיט מיין זון וואס האט א שכן האט אים אנגערירט אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער, איך האב באקומען די תשובה, און איך מוז זיך באדאנקען פאר דעם, אזוי האב איך געוואוסט וואס איך האב צו טון, און ווי אזוי צו גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


און בכלל דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מורא'דיג מחזק מיר מיט מיין מאן. מיין מאן וויל זיך באזונדער באדאנקען פאר די הערליכע תפלות וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי אייך אין אומאן, ער איז שוין צען יאר אין ברסלב, און פארט שוין צען יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אזעלכע שיינע תפלות מיט אזא התעוררות, ער איז אהיימגעקומען מיט א ספעציעלע פרישקייט און מיט עקסטערע כוחות.


יעצט וויל איך פרעגן א שאלה פון מיין מאן, פון ווען ער איז מקורב געווארן קיין ברסלב, האט ער אנגעהויבן זייער מקפיד זיין אויף התבודדות יעדן טאג, שוין יארן וואס ער פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, אבער עס גייט נישט ארויס קיין ווערטער. ער קען זיצן א שעה צייט אן רעדן, און זינגען קומט אים אן שווער, און געווענליך שלאפט ער איין צום סוף.


ער וועט נישט מיואש דערפון, ער גייט ווייטער אן צו פרובירן יעדן טאג, אבער למעשה טוט אים זייער וויי אז ער קען נישט רעדן צום אייבערשטן, ער שפירט אז ווען ער וואלט ווען זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן וואלט ארויסגעגאנגען פון אים אלע שוועריקייטן. ער איז שוין געגאנגען צו פארשידענע טערעפיסטן, צו זיי האט ער יא געקענט רעדן, אבער זיי האבן אים נישט צופיל געקענט העלפן. ער וויל גיין נאר צום אייבערשטן, ער קען אבער נישט רעדן צו אים.


איך האף אז איר וועט אונז קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער עיקר אויף וואס מען דארף בעטן דעם אייבערשטן איז זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


מוהרא"ש זאגט: מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן.


ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט, דעמאלט הייבט ער אן האבן פייגלעך אין קאפ; ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער וויל נישט צוהערן זיינע תפילות, וואס דאס קומט פון זיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיטן מענטש.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף אמונה; מען זאל זוכה זיין צו שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא, דעמאלט וועט דער מענטש שוין נישט האבן דעם פראבלעם אז מען האט נישט וואס צו רעדן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו.

#17 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, צדיקים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - וואס טוט מען ווען מ'וויל נישט דאווענען און נישט אינזין האבן?
אומאן, קדושה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער דאווענען.


א. אין שלחן ערוך ווערט מבואר אז לכתחילה דארף מען אינזינען האבן די פירוש המלות פונעם דאווענען (או"ח סימן צ"ח סעיף א') און אויך מדקדק זיין באותיות (או"ח סימן ס"א ס"ב), אבער בדיעבד איז מען יוצא אויב מען האט נישט אינזין געהאט (סימן ק"א סעיף א') אדער מדקדק געווען באותיותיה (סימן ס"ב סעיף א'). אויך איז מבואר אין שלחן ערוך (סימן צ"ח סעיף ג') יתפלל דרך תחנונים כרש המבקש בפתח ובנחת, זאגט אויף דעם דער משנה ברורה, ומכל מקום בדיעבד אפילו אם לא אמרה בלשון תחנונים לא יחזור ויתפלל עכ"ל. איז מיין שאלה וואס טוט זיך מיט א מענטש וואס האלט נישט ביים אינזין האבן בכלל, ער איז נישט אינטערעסירט מדקדק צו זיין אין די אותיות, און ער וויל אויך נישט דאווענען בדרך תחנונים; זאל ער ענדערש בכלל נישט דאווענען? ווייל אין שלחן ערוך שטייט דאך נאר אז בדיעבד האט מען יוצא געווען, אבער לכתחילה איז דאס נישט גוט.


ב. אויך וואס טוט מען ווען מ'האלט אינמיטן שמונה עשרה, און מ'האט געמאכט א טעות וואס די הלכה איז ביי דעם אז מ'דארף צוריקגיין און נאכאמאל אנהויבן שמונה עשרה, דער מענטש האט אבער נישט קיין געדולד אנצוהויבן נאכאמאל, ער איז שוין עטליכע מאל דורכגעפאלן אין דעם און ער האט נישט איבערגעדאוונט ווען מ'האט געדארפט, איז די שאלה צי ער זאל כאטש דאווענען ווייטער ביז'ן סוף אפילו ס'איז קעגן די הלכה, אדער איז עס יעצט פשוט א ברכה לבטלה.


א גרויסן יישר כח, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט דיין שאלה; וואס הייסט "מען וויל נישט אינזין האבן דאס דאווענען?!" ווען א מענטש וואלט באמת געגלייבט אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און הערט צו וואס ער בעט אים וואלט ער געדאווענט יעדעס ווארט מיט כוונה. דער סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט די אמונה אז דער אייבערשטער געפונט זיך דא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה', וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


אזוי אויך פארשטיי איך נישט דיין צווייטע שאלה; אויב מען האט משנה געווען 'מִמַּטְבֵּעַ שֶׁטָּבְעוּ חֲכָמִים' איז מען נישט יוצא דאס דאווענען. מען דארף מפסיק זיין דארט וואו מען האלט און נאכאמאל איבער דאווענען, מען קען נישט ווייטער ממשיך זיין מיט שמונה עשרה; עס איז נישט דא אזא זאך אז ענדערש זאל מען ווייטער דאווענען ווען מען איז נישט יוצא אויב מען האלט נישט ביים איבער דאווענען.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער. ער וויל נישט קומען אין שול דאווענען, און ווען ער קומט שוין יא אין שול האט ער נישט קיין געדולד אפילו נאר צו עפענען דעם סידור, און ווען ער עפענט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית. די עבירות מאכן אים דיפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


זאגט דער רבי: "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דעריבער זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש וואו דו האלסט אויף דער וועלט אין עניני קדושה, ווייל דאס איז די סיבה וואס איז גורם אז עס קומט דיר אן אזוי שווער צו דאווענען און דו ווילסט נישט אינזין האבן וכו', ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה ברענגט אויפן מענטש א שטארקע ביטערניש, מען גייט ארום דעפרעסט, ביז מען לאזט אינגאנצן אפ דאס דאווענען; דעריבער זאלסטו תשובה טון אויף דיינע עבירות וועסטו שוין קענען דאווענען.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין אומאן און וועט געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות און זאגן דעם תיקון הכללי (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ): "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו" וועט ער אים ארויס נעמען פון  שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו פאררעכטן אונזערע מעשים, אזוי וועלן מיר שפירן א זיסקייט און א געשמאק אינעם דאווענען.

#15 - איז אמת די זאכן וואס מענטשן זאגן, אבער ס'האט נישט קיין מקור?
תפילה והתבודדות, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז אמת די זאכן וואס מענטשן זאגן, ווי למשל אז אויב מען גייט אריבער איבער א מענטש, וועט ער אויפהערן צו וואקסן, און דאס גלייכן אזעלכע זאכן וואס מענטשן זאגן.


דארף מען זיך זארגן אויף די סארט זאכן?


יישר כח פאר אלעס, שמואל בער

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


לכבוד שמואל בער נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא זאכן וואס האבן א מקור און ווידער זענען דא זאכן וואס האבן נישט קיין מקור, מיט דעם אלעם טאר מען נישט אפלאכן פון זאכן וואס מיר האבן מקבל פון אונזערע עלטערן, אזוי ווי דער רשב"א זאגט (שאלות ותשובות הרשב"א, חלק א', סימן ט; שאלות ותשובות ארי' דבי עילאי, חלק יורה דעה, סימן יט): מען טאר נישט אוועק מאכן דאס וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע מאמעס און באבעס.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון; פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, און בפרט ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און עס גייט דיר אזוי שווער.


דער יצר הרע לאזט נישט אפ, ער קומט יעדן טאג מיט א נייע וועג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין ל:): "בְּכָל יוֹם יִצְרוֹ שֶׁל אָדָם מִתְגַּבֵּר עָלָיו, וְאִלְמָלֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹזְרוֹ אֵינוֹ יָכוֹל לוֹ", דער יצר הרע קומט יעדן טאג פון דאסניי און וויל אויסרייסן דעם איד, אבער דער אייבערשטער היט אונז אפ פון אים; איז דאך מידה טובה מרובה, אז מיר דארפן זיך יעדן טאג באנייען פון פריש צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אין תהילים ליגן אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - איך בעט אזוי סאך וועגן מיינע אלערדזשיס, וואו גייען אלע תפלות?
רפואה, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אלערזשיק צו מילכיגס, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך זאל שוין קענען עסן מילכיגס, איך שפיר אבער ווי מיינע תפלות גייען צו די לופט, עס רוקט זיך גארנישט. איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון אז איך זאל שפירן אז דער אייבערשטער הערט מיר יא אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו וואס ר' נתן האט אונז אויסגעלערנט; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


געוואוין זיך צו צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; דאנק אים אז דו ביסט געזונט, דאנק אים אז דו קענסט עסן פלייש און פיש; וויפיל מענטשן ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט עסן נאר דורך אינטערווינעס - דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן פון דעם, אז דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער זאגן פאר די מלאכים: "קוקט אויף דעם מענטש וואס דאנקט מיר און לויבט מיר, לאמיר אים געבן נאך גוטס".


א איד טאר נישט זאגן: "מיינע תפילות גייען צו די לופט"; קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד, נאר יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן. קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב): "וְיֵשׁ מֵעַמֵּנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁטּוֹעִים, חַס וְשָׁלוֹם, בְּלִבָּם, שֶׁכָּל הַתְּפִילּוֹת הֵם לָרִיק", עס זענען דא מענטשן וואס זענען זיך טועה און מיינען אז אלע תפילות וואס מען בעט גייט צו די לופט, "אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כֵּן, אֶלָּא סַלְקִינָן וַאֲפִינָן וּבַשְׁלִינָן, הַיְנוּ כָּל הַתְּפִילּוֹת סַלְקִינָן וְעוֹלִין", עס איז נישט אזוי, נאר אלע תפילות גיין ארויף אויבן צום אייבערשטן.


דו בעט ווייטער דעם אייבערשטן זאלסט קענען עסן מילכיגס, און אנשטאט נאר בעטן, זאלסטו קודם דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דו קענסט יא עסן - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק, איך לויב דיר אז איך קען עסן געזונטע עסן. יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אין שפיטאל באהאפטן צו אינטערווינעס; מיין לעבן איז מיר אזוי גוט, וויפיל איך וועל דיר דאנקען וועל איך נישט קענען אנהייבן דיר צו דאנקען אפילו אויף איין פינטעלע גוטס וואס דו געבסט מיר; דו ביסט אזוי גוט צו מיר, איך האב דיר אזוי ליב אייבערשטער.


איך בעט דיר זייער אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען עסן אלע סארט עסן, איך זאל אויך קענען עסן מילכיגס און עס זאל נישט שאטן פאר מיין געזונט. רבונו של עולם! ווייז מיר אז דו הערסט אויס מיינע תפילות, באווייז דיך פאר מיר, איך וויל שפירן ווי מיינע תפילות ווערן אנגענומען", אזוי זאלסטו דאנקען און בעטן דעם אייבערשטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


איך ווארט זאלסט מיר שרייבן אז דו קענסט שוין עסן מילכיגס.

#13 - וואס איז דער סדר פון מאכן התבודדות?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך האב געהערט אסאך פון אייך איבער דעם ענין פון "התבודדות", אז נאר דאס איז די עצה ארויסצוקריכן פון אלע פראבלעמען, איך האב אבער א פראבלעם אז איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו טון, איך האב געליינט אין א ספר דער גאנצער סדר פון התבודדות, קודם דאנקען, נאכדעם א תפלה אויף התבודדות, תפלה אויף אלע אידישע קינדער, חשבון הנפש, און עת רצון; און דאס פארשווערט מיר זייער דאס מאכן התבודדות, ווייל איך קען נישט טון דעם גאנצן סדר, איך שפיר אז התבודדות איז פשוט רעדן צום אייבערשטן פון הארץ ארויס.


ווי איך וויסן אויב דאס ווערט אויך גערעכנט פאר התבודדות, ווען מ'רעדט זיך פשוט אויס צום אייבערשטן די אייגענע געפילן, אדער נאר ווען מ'טוט דעם גאנצן סדר אזוי ווי איך האב געליינט אין יענעם ספר.


איך שפיר אז דער סדר האלט מיר צוריק פון קענען תשובה טון אויף מיינע שלעכטע מעשים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט רעדן צום אייבערשטן ווי אזוי איר ווילט; קוקט נישט אויף א צווייטן, נאר רעדט צו אים אזוי ווי איר וואלט זיך אויסגערעדט צו א גוטע חבר'טע, קוקט נישט אויף קיינעם און הערט נישט צו קיינעם, רעדט צום אייבערשטן ווי עס שיינט אייך. די גאנצע זאך פון התבודדות איז אז דער מענטש ווערט באהאפטן מיטן אייבערשטן, ער שמועסט מיטן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט זיך אויסגעשמועסט מיט א נאנטע חבר.


ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט ר' נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס אויסדערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס אויסדערציילן".


ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי דיפרעסט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל ארויס גיין פון מיין דיפרעשן, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך. איך האב נישט קיין כח מער צו גארנישט, איך וויל זיין געזונט און שטארק, געב מיר פרישע כוחות איך זאל קענען אנגיין אין לעבן.


רבונו של עולם! זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע נישט גוטע מעשים וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אז איך גיי זיין וואויל, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, איך גיי מער נישט קוקן קיין שמוץ, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע מעשים וואס איך האב געטון, איך בין אזוי צעבראכן; קוק צו מיין צער און פיין, זאל דאס זיין א כפרה אויף אלע מיינע מעשים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק.

#12 - איך קען מען נישט בעטן דעם אייבערשטן אויף געזונטע קינדער, וואס טו איך?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ווי איר דערציילט ביי א שיעור וועגן א פרוי וואס די דאקטורים האבן איר געזאגט אז זי גייט האבן א נישט געזונט קינד ל"ע, און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט איר געהאלפן אז דאס קינד איז געווען געזונט און שטארק ברוך ה'.


מיט דריי יאר צוריק האבן די דאקטורים אויך מיר געזאגט אז איך גיי האבן א נישט געזונט קינד, פאר פינף חדשים האב איך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט, איך האב געקענט גאנץ תהלים פון אויסווייניג, אבער למעשה איז געבוירן געווארן א נישט געזונט קינד, וואס איז אוועק נאך דריי חדשים. זייט דעמאלט קען איך ממש נישט עפענען א סידור, איך פרוביר צו בעטן דעם אייבערשטן מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך קען אבער נישט דאווענען אין א סידור.


יעצט ווארט איך נאכאמאל א קינד ברוך ה', מיין מאן בעט מיר אז איך זאל דאווענען און מתפלל זיין, איך שפיר אבער אז איך בין פארמאכט און איך קען ממש נישט בעטן. אמאל אמאל זאג איך א תחינה ביי ליכט צינדען וכדומה, צומאל אויך מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך שפיר אבער אז איך בין ממש פארשטאפט און איך קען נישט עפענען מיין מויל געהעריג צו בעטן דעם אייבערשטן. וואס טו איך?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה; נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, און וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. יעצט אז איר ווארט וכו' זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו א געזונט קינד.


מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיינט נישט אז אייערע תפילות זענען נישט אנגענומען געווארן, עס איז נישט דא אזא זאך, קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן, דער אייבערשטער נעמט די אלע תפילות און ברענגט ישועות פארן מענטש אויף אן אנדערע אויפן ווי אזוי דער מענטש האט זיך פארגעשטעלט.


עס איז זייער שווער צו טרייסטן א מאמע ווען זי האט פארלוירן איר קינד, עס איז נישט דא אויף דעם קיין טרייסט ווערטער; דער נביא זאגט (ישעיהו מט, טו): "הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ מֵרַחֵם בֶּן בִּטְנָהּ?" קען דען א מאמע פארגעסן פון איר קינד? אבער איין זאך דארפן מיר וויסן: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; מיר דארפן איין זאך שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט"; דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", אויסער דעם ווייסן מיר גארנישט.


מען זעט ביי דוד המלך (שמואל-ב, יב), ווען זיין זון איז קראנק געווארן האט ער געפאסט און זיך נישט געלייגט אין בעט שלאפן. ער איז געשלאפן אויף דער ערד, און וויפיל מען האט אים געוואלט טרייסטן האט ער זיך נישט געלאזט; ער האט נישט געוואלט מיט עסן מיט זיינע באדינער, ער האט געהאלטן אין איין דאווענען צום אייבערשטן אויף זיין קינד, און למעשה איז זיין קינד נעבעך געשטארבן.


ווען דער קינד איז געשטארבן האבן די באדינער מורא געהאט דאס צו דערציילן פארן קעניג, זיי האבן געטראכט: 'מה-דאך ווען דאס קינד האט געלעבט, ער איז נישט געזונט געווען האט דוד המלך זיך נישט געלאזט טרייסטן, וואס וועט שוין זיין יעצט ווען ער וועט הערן אז דאס קינד איז געשטארבן?!' ווען דוד המלך האט געזען ווי זיי שושקען זיך, האט ער זיי געפרעגט צי דער קינד לעבט נאך, האבן זיי אים געזאגט אז דער קינד איז געשטארבן, האט זיך דוד המלך גלייך אויסגעטון זיין זאק און ער האט זיך געזעצט אויף זיין שטיל און געבעטן מען זאל אים ברענגען עסן; זיינע קנעכט האבן דאס נישט פארשטאנען, זיי האבן אים געפרעגט: "מָה הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה?" וואס גייט דא פאר, "בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי, צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד, קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם?" ווען דיין קינד איז געווען נישט געזונט און ער האט נאך געלעבט האסטו געפאסט און געוויינט, און יעצט ווען ער איז געשטארבן שטייסטו אויף פון דער ערד און דו עסט א סעודה?! האט זיי דוד המלך געענטפערט: "וַיֹּאמֶר: בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי, צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה, כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ וְחַנַּנִי ה' וְחַי הַיָּלֶד, וְעַתָּה מֵת, לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ, עוֹד,  אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו, וְהוּא לֹא יָשׁוּב אֵלָי", ווען מיין קינד האט נאך געלעבט, האב איך געטראכט אז איך וועל בעטן דעם אייבערשטן, אפשר וועט דער אייבערשטער מיר העלפן, אבער יעצט אז ער איז געשטארבן, ווייס איך אז עס איז א גזירה פונעם אייבערשטן, און איך קען אים שוין נישט צוריק ברענגען צו מיר.


שטארקט אייך און דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי קען איך זיך ברענגען צו וואשן נעגל וואסער?
התחזקות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געטראפן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געגעבן לעבן, און מיר געברענגט נענטער צום אייבערשטן. א גרויסן יישר כח.


דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון נעגל וואסער, דאס איז באמת א זאך וואס וואלט געדארפט זיין פון זיך אליין אין יעדע אידיש הויז, למעשה דארף איך אבער חיזוק אויף דעם.


מיין מאן וואשט זיך נעגל וואסער יעדן טאג, איך אבער נישט. איך ווייס נישט פארוואס דאס קומט מיר אן אזוי שווער, ווען איך הער א שיעור וועגן דעם, מאכט דאס מיר צוגרייטן פאר א וואך, אבער דעמאלט פארגעס איך שוין ווייטער. אפשר קענט דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן אין זיך וואשן נעגל וואסער יעדן אינדערפרי ביים בעט.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; דאס ערשטע זאך וואס מען דארף טון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי איז אפגיסן נעגל וואסער - דריי מאל יעדע האנט, איין מאל אויף די רעכטע האנט, נאכדעם אויף די לינקע האנט און צוריק אויף די רעכטע האנט וכו'.


דער הייליגער רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו האט מקבל געווען פון זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס ער האט דאס מקבל געווען פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז מען טאר נישט אראפטרעטן פון בעט בעפאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, און ווער עס גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (תהלים לו, ה): "יִתְיַצֵּב עַל דֶּרֶךְ לֹא טוֹב, רָע לֹא יִמְאָס", דאס שלעכטס וועט אים נאכלויפן א גאנצן טאג (אגרא דפרקא, אות ט).


דורכדעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער נעמט מען אוועק פון זיך אלע קליפות וואס קומען ביינאכט אויפן מענטש בשעת מען שלאפט, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר פרשת וישב, קפד:): "בַּר נָשׁ עַד לָא יְקַדֵּשׁ יְדוֹי בְּצַפְרָא, אִקְרֵי טָמֵא כֵּיוָן דְּאִתְקַדַּשׁ אִקְרֵי טָהוֹר", פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער איז מען טמא, און ווען מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער ווערט מען ריין און הייליג. און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצורירן דעם פנים פאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, בפרט די אויגן, די אויערן, די נאז און די מויל.


זיכער דארף א אידישע מאמע וואס וויל אויפברענגען אן ערליכע שטוב זייער אכטונג געבן אויף דעם; סיי זיך אליינס אפגיסן נעגל וואסער און אויך די קינדער. קודם גיסט מען זיך אליין אפ די הענט און נאכדעם קען מען אפגיסן די קינדער, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שם): "וּבְגִין כָּךְ לָא יִטּוֹל אֶלָּא מִן יְדָא דְּאִדְכֵּי בְּקַדְמֵיתָא, דִּכְתִיב (במדבר יט, יט): "וְהִזָּה הַטָּהוֹר עַל הַטָּמֵא, דָּא אִקְרֵי טָהוֹר, וְדָא אִקְרֵי טָמֵא", מען זאל זיך נישט אפגיסן דורך איינעם וואס האט זיך אליינס נאך נישט אפגעגאסן די הענט, ווייל איינער וואס איז טמא קען נישט מטהר זיין א צווייטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ער וויל מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען 'רבינו נחמן בן פיגא', ווייל זיין עיקר יראת שמים האט ער גענומען פון זיין מאמע. ווען דער רבי איז געבוירן האט זי גלייך אפגעגאסן דעם רבי'ן נעגל וואסער, אויך האט זי גענייט א קאפל בשעת זי האט געווארט דעם רבי'ן און זי האט אנגעטון דעם רבי'ן מיט א קאפל גלייך ווען דער רבי איז געבוירן; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי'ס מאמע האט מקפיד געווען אפצוגיסן נעגל וואסער פאר אירע קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן, העלף מיר איך זאל זיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד", אז איר וועט בעטן אויף דעם וועט אייך דער אייבערשטער העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - קענען פרויען אויך זאגן תיקון חצות?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב פרויען זאגן אויך תיקון חצות, און אויב זיי קענען אויך באקומען די גרויסע ישועות דורך דעם, אזוי ווי די מענער.


יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פשט אין דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן נוצן דאס אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשפעטן פון זיי, ווי צו זאגן אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט מחזק זיין די פרויען מיט דעם, ער פלעגט זאגן ביי די דרשות פאר פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער מתפלל זיין צום אייבערשטן ווי א מאן, ווייל זיי האבן גענומען ניין קב שיחה און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כו:): "אֵין שִׂיחָה אֶלָּא תְּפִילָה", שיחה איז א לשון פון תפילה; מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן. דעריבער זאל א פרוי נוצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


א פרוי איז פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה; אבער א פרוי וואס האט נישט קיין ווירטשאפט אין שטוב וכו', אויב זי וויל דאווענען בתורת נדבה קען זי דאווענען אלע תפילות און דאס זעלבע איז מיט תיקון חצות.


דער עיקר וואס א אידישע מאמע דארף - איז זיך אפגעבן מיט די קינדער; זיצן מיט די קינדער אין שטוב, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש. קינדער וואס הערן פון די עלטערן מעשיות פון צדיקים וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


הער א ווארט וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות צו זאגן תיקון חצות דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. דאס דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר אונזערע אויגן: 'שטענדיג רעדן צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים און צדקניות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - מ'צאלט מיר נישט מיין געהאלט, וואס זאל איך טון?
תפילה והתבודדות, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה טאג טעגליך, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט זיך געקענט באגיין אן דעם.


ווי דער ראש ישיבה ווייסט האט מען מיר ארויסגעווארפן פון מיין מלומדות פאסטן צוליב דעם וואס איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה. ב"ה אז איך האב געטראפן א צווייטע מלומדות פאסטן, און איך פרוביר אריינצולייגן אין די קינדער תורה און יראת שמים, דער פראבלעם איז אבער אז זיי צאלן נישט אזוי גוט און פונקטליך, ס'איז שוין צוויי חדשים וואס איך האב נישט באקומען מיין געהאלט. וואס זאל איך טון אין אזא מצב? ס'איז מיר זייער שווער אנצוגיין אזוי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד דרדקי, לערנען תורה מיט תינוקת של בית רבן וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס. פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד וואס לייגט אריין אין קינדער תורה תפילה ויראת שמים. דערפאר זאלסטו זיך זייער מחזק זיין אז דו האסט אזויפיל זכותים אין הימל.


דאס וואס דו שרייבסט אז מען איז דיר שולדיג צוויי חדשים געהאלט און דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון; ליבער ברודער, דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה וואס מיר זאלן טון ווען מיר האבן אן צרה, מיר זאלן זיך אויסרעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער, אים בעטן אויף פראסט אידיש, אויף די שפראך וואס מיר זענען צוגעוואוינט צו רעדן.


א אינגערמען האט מיר דערציילט אז ער איז אריין צו מוהרא"ש ווען זיין טאטע האט געהאלטן פארן חתונה מאכן איינער פון די קינדער און ער געזאגט פאר מוהרא"ש אז זיין טאטע האט נישט קיין איין פרוטה חתונה צו מאכן וכו', האט אים מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "זאג דיין טאטע אז דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי צו האבן געלט, מען זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן וכו'"; דער אינגערמאן זאגט מיר: "איך האב געמיינט אז איך פאל אראפ, דאס האב איך נישט געקענט טראכטן, ווי מוהרא"ש זאגט דאס מיט אזא אמונה מיט אזא זיכערקייט: 'מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן אן עצה פון רעדן צום אייבערשטן', כאילו דאס איז א נייע זאך, א נייע סגולה, א נייע עצה וכו'".


דערפאר טייערער הארציגער חבר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר אויף וואס מען האט געטון מיט דיר, מען האט דיר ארויס געווארפן פון דיין מלמדות פאר די איינציגע חטא אז דו ביסט געקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה און דו מוטשעסט זיך וכו'. אבער געדענק וואס ר' נתן פלעגט שטענדיג זאגן בעת צרה: "ס'איז מיט גרויסע חסדים"; ווייל אז מען קוקט גוט זעט מען אז דער אייבערשטער איז זייער גוט און ער טוט נאר גוטס מיט אונז, ער ווארט נאר מיר זאלן קומען צו אים און רעדן צו אים און נישט פארגעסן פון אים.


דו וואוינסט דאך אין ...; כאפ זיך אריבער יעדן צופרי צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו. דער רבי זאגט זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך".


קוק זיך אים דארט אינעם בית החיים, וועסטו זען ווי עשירים מיט עניים - אלע ליגן דארט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (איוב ג, יט): " קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא"; עס בלייבט נישט איבער פונעם מענטש נאר דאס ביסל גוטס וואס מיר טוהן און וואס מיר זענען מזכה א צווייטן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה אין בורא כל עולמים און דאס וועט זיי באגלייטן אלע זייערע יארן; עס גייט אריבער אפאר יאר און אלע דיינע תלמידים וועלן חתונה האבן. איינער וועט זיין א קאנטראקטער, איינער א עלעקטערישן, איינער א פלאמבער און וואס וועלן זיי געדענקען פון חדר? דאס ביסעלע אמונה און דאס ביסעלע ווארעמקייט וכו'.


איך ווארט צו זען ווי דו שרייבסט מיר די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. 

#8 - א שלעכטער חבר האט גע'הרג'ט מיין לעבן
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך אייך זאגן יישר כח פאר די חיזוק דרשות וואס איך הער פון אייך טעגליך, דאס איז פאר מיר ווי געזאלין וואס העלפט מיר ווייטער אנגיין אין לעבן.


ספעציעל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די נעכטיגע דרשה וואס איר האט גערעדט וועגן זיך היטן פון שלעכטע חברים. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין געווארן אומגליקליך ביי די 9 יאר דורך א שלעכטער חבר, איך האב נאך דאן נישט פארשטאנען בכלל וואס דאס איז, און ביז ווען איך האב זיך געכאפט אז איך טו זאכן וואס מען טאר נישט, איז שוין געווען צו שפעט, איך בין שוין געליגן צו טיף אין בלאטע, און איך האב זיך שוין נישט געקענט ארויסזען דערפון.


איך האב ב"ה שיין חתונה געהאט, איך האב אבער א טויטע לעבן, די נארישע תאוות לויפן מיר נאך, און איך האב ממש נישט קיין לעבן. ווען איך וואלט געקענט רעדן צו יונגע אינגלעך און בחורים וואלט איך אזוי געשריגן אז דער דאך וואלט איינגעפאלן, איך וואלט זיי געזאגט אז זיי זאלן זיך היטן פון שלעכטע חברים ווי פון פייער, ווייל אויב וועלן זיי זיך נישט היטן וועלן זיי פארפאלן ווערן אויף אייביג, איך רעד שוין ברוחניות נאר אפילו בגשמיות וועלן זיי מער נישט קענען האבן קיין שום הנאה אין לעבן, זייער לעבן וועט זיך ענדיגן אויף אייביג, זיי וועלן קיינמאל מער נישט קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש אויף דער וועלט.


איך וויל אז איר זאלט דאס איבערגעבן פאר די בחורים, ווי שטארק מען דארף זיך היטן. פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א נארמאלער מענטש, אבער אינעווייניג בין איך אינגאנצן צעפליקט און צעריסן, פיל מאל טראכט איך ממש פון ענדיגן מיין לעבן, אבער ס'שטייט דאך אז בעל כרחך אתה חי.


איך בין שוין געווען ביי אזויפיל מענטשן אבער קיינער האט מיר נישט געקענט העלפן, מיין איינציגסטער טרייסט איז נאר אייערע שיעורים און חיזוק יומי וואס שטופט מיר צו גיין גלייך צום אייבערשטן און זיך אויסוויינען צו אים, נאר דאס בארואיגט מיר, נאר דאס קען מיר העלפן. די חיזוק פון אייך בלאזט אריין אין מיר א פרישע גייסט.


איך וואלט אייך זייער מכיר טובה געווען אויב איר קענט מיר שרייבן אפאר ווערטער חיזוק.


א טויטע-לעבעדיגער אינגערמאן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, מען שפירט זיך גענוי אזוי ווי דו חתמ'עסט זיך אונטער דיין בריוו: "א טויטע לעבעדיגער אינגערמאן"; מען שפירט טעם מיתה אין לעבן, מען הייבט אן טראכטן כל מיני שלעכטע מחשבות און מען הייבט אן האבן ספיקות וכו'.


דער פסוק זאגט (ישעיהו א, ד): "הוֹי גּוֹי חֹטֵא עַם כֶּבֶד עָו‍ֹן זֶרַע מְרֵעִים, בָּנִים מַשְׁחִיתִים, עָזְבוּ אֶת ה', נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל נָזֹרוּ אָחוֹר", דער פסוק גייט ארויף אויף די עבירה פון פגם הברית, אז חוץ פון די גרויסע עבירה וואס מען טוט מיט בָּנִים מַשְׁחִיתִים רחמנא לצלן, הייבט מען אן ווערן אויסגעלאשן, מען שפירט מער נישט קיין אלוקית און מען גייט ארום צעקלאפט און צעבראכן וכו' - "עָזְבוּ אֶת ה' נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל, נָזֹרוּ אָחוֹר", מען שפירט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן וכו'.


צו די אלע מענטשן קומט דער רבי און שרייט צו זיי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען"; דער רבי לאזט זיך אראפ און מאכט זיך כאילו ער איז אונזער חבר, אזוי ווי מען זעט ביי משה רבינו (שמות יח, ז ): "וַיִּשְׁאֲלוּ אִישׁ לְרֵעֵהוּ לְשָׁלוֹם", זאגט רש"י (שם): "אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הִשְׁתַּחֲוָה לְמִי, כְּשֶׁהוּא אוֹמֵר אִישׁ לְרֵעֵהוּ, מִי הַקָּרוּי 'אִישׁ', זֶה מֹשֶׁה שֶׁנֶּאֱמַר 'וְהָאִישׁ מֹשֶׁה'", איך ווייס נישט ווער איז דער 'איש' און ווער איז דער 'רעהו', אבער וויבאלד עס שטייט "וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד", ווייס איך אז משה איז דער איש און יתרו איז דער רעהו; זאגט ר' נתן (לקוטי הלכות, הלכות בכור בהמה טהורה הלכה ד', אות כב): משה רבינו איז דאך געווען דער גרעסטער מענטש אויף דער וועלט, ער האט מקבל געווען די תורה פונעם אייבערשטן אליינס, לאידך גיסא - יתרו איז געווען א כומר, א גלח, א טמא'נער געצן דינער, דאך שטייט אז משה רבינו האט באגריסט "רעהו" זיין חבר. זעט מען פון דא אז דער צדיק לאזט זיך אראפ צו אלעמען, אפילו צו אונז פשוט'ע מענטשן, מגושמים, אין די פלאץ וואו מיר ליגן אין וואס מיר טוהן און ער איז אונז מקרב צום הייליגן באשעפער.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


בפרט א מענטש וואס דער יצר הרע האט אים געפאנגען אין זיין נעץ, ער זינדיגט אין די מיאוס'ע עבירה פון פגם הברית. וואס באמת וויל דער מענטש זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים; אזא מענטש, ווען ער קומט צום אייבערשטן און גיסט זיך אויס דאס הארץ, נעמט דער אייבערשטער אלע זיינע תפילות און ער איז זוכה אויסצומעקן אלע קליפות ומשחיתים וואס ער האט באשאפן דורך זיינע מעשים.


דערפאר, אז דו ביסט אזוי איינגעזינקען אין בלאטע וכו' נאכדעם וואס שוין צענדליגער יארן זינקסטו אין דיינע בלאטעס וכו' - פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר אז איך האלט עס שוין נישט אויס. איך האלט אין איין אריין פאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן אז דער לעבן איז מיר שוין נמאס. רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, געב מיר כח, העלף מיר אז איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט אויף מיר ברוגז, איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט וכו'".


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א מענטש איז שוין פארפאלן, אפילו דו שרייבסט אז דו ביסט אזוי פארזינקען אין דיינע שלעכטע מעשים וכו' וכו', דאך האט דער רבי גוטע עצות ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון בלאטע. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בַּמְּצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בָּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם", אפילו א מענטש איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּך, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִים בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כַּך וְכַּך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה הנ"ל ווי גרויס תורה איז, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. האט אים דער רבי געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז בתפארת און ברית איז ביסוד. דאס הייסט, אפילו דער מענטש וואס האט פוגם געווען בברית, ער האט קאליע געמאכט דעם יסוד וכו', אויב וועט ער לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה וואס איז בתפארת, וועט ער אלעס מתקן זיין און ווערן אן ערליכער איד"! (חיי מוהר"ן, סימן תקעג).


יעצט גיי זאג פאר א מענטש וואס ליגט אין ביטערע עבירות: "לערן"; ווי קען אזא מענטש לערנען, ער האט דאך נישט קיין מח?! ווייל געווענליך די אלע וואס זענען אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע און זענען נכשל געווארן מיט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די האבן בדרך כלל פארלוירן זייער כח פון קאנצעטרירן, זייער מח איז נישט מסודר און מיושב, אפילו זיי וועלן זיצן ביי א שיעור וואו מען לערנט תורה וועט זייער קאפ אוועק פארן וכו', צו זיי קומט דער רבי מיט א וואונדערליכע סדר דרך הלימוד.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן און לערנען תורה וועסטו צוקומען צו ווערן לעבעדיג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "תּוֹרָה מְבִיאָה לִידֵי זְהִירוּת, זְהִירוּת מְבִיאָה לִידֵי זְרִיזוּת, זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה, קְדוּשָׁה מְבִיאָה לִידֵי עֲנָוָה, עֲנָוָה מְבִיאָה לִידֵי יִרְאַת חֵטְא, יִרְאַת חֵטְא מְבִיאָה לִידֵי חֲסִידוּת, חֲסִידוּת מְבִיאָה לִידֵי רוּחַ הַקֹּדֶשׁ, רוּחַ הַקֹּדֶשׁ מְבִיאָה לִידֵי תְּחִיַּת הַמֵּתִים"; אז מען לערנט תורה קומט מען אן ביז תחיית המתים, דו וועסט ווערן א לעבעדיגער איד.

#7 - איך בין א כלה, קענט איר מיר געבן הדרכות פאר'ן נייעם לעבן?
חתונה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

שלום לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אי"ה קומענדיגע וואך האב איך חתונה בשעה טובה ומוצלחת. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל עצות, שכל, און הדרכה, ווי אזוי צו פירן מיין נייע לעבן.


א גרויסן יישר כח.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א "בית נאמן בישראל", ערליכע אידישע דורות, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, אמן.


איר האט מיר געבעטן פאר הנהגות, שכל און הדרכה פארן לעבן.


איר ווייסט דאך אודאי דעם סיפור אז ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנעגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם, מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


ווען א מענטש געוואוינט זיך איין זיך אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן איז ער א געהאלפענער, ווייל וואס עס וועט אריבער גיין אויף אים וועט ער דערציילן פארן אייבערשטן; וואס עס זאל פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל נאר דאס קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען מען וויל שטראפן א מענטש, נעמט מען אים אוועק זיין אמונה"; ווייל ווען א מענטש האט א קלארע ריינע און לויטערע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, קען מען אים נישט שטראפן, ווייל וואס עס וועט נאר פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל און ער איז דאס מקבל באהבה.


אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן - סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן אז מען זאל וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט א מאן און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער וכו', אזוי באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט: "שכל איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", דאס איז די שכל וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.

#6 - מיינע פחדים גייען שוין אוועק ברוך ה'
תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס געבן אונז כסדר חיזוק און עצות אויף יעדע זאך, ב"ה אז בזכות דעם ווייסן מיר ווי אזוי צו לעבן אן אמת'ע לעבן.


ספעציעל וויל איך באדאנקען אויף דעם וואס איך האב געקענט אריינקומען מיט מיין מאן זיך דורכצושמועסן מיט'ן ראש ישיבה, און אויף דעם בריוו מיט די תפלה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן צו מיין מאן אז איך זאל עס זאגן יעדן טאג. איך פרוביר צו זאגן די תפלה כאטש איין מאל יעדן טאג, און אמאל אויך מער, און ב"ה אז איך פיל אז מיינע פחדים און שרעקעדיגע מחשבאות ווערן בעסער און בעסער, איך לעב מער מיט א קלארע אמונה ווי פריער.


אין די תפלה שטייט די ווערטער "איך פיל ווי איך האלט עס נישט אויס מער", אבער יעצט שפיר איך שוין נישט צו זאגן די ווערטער, ווייל עס איז שוין אסאך בעסער, און איך בעט ווייטער אז עס זאל אינגאנצן אוועקגיין.


איך קען נישט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר שפירט זיך שוין בעסער און איר זענט שוין אסאך מער רואיגער ווי ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן נרו יאיר.


איך האב אייך געשריבן א תפלה וואס צו זאגן לויט וואס איך האב געהערט פון אייך ווי איר זאגט אז איר לעבט אין שרעק, איך האב געשריבן די תפילה לויט אייער מצב פון דעמאלט, אבער יעצט אז איר שרייבט מיר אז אייערע מחשבות ווערן בעסער און בעסער, עס האלט שוין ביי דעם אז איר קענט מער נישט זאגן פארן אייבערשטן: "איך פיל ווי איך האלט עס מער נישט אויס", ווייל איר פילט מער נישט אזוי, אייער אמונה איז שוין שטערקער, וועל איך אייך שרייבן א נייע תפילה וואס צו בעטן.


לייגט אוועק די אלטע בריוו מיט די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן כדי איר זאלט קיינמאל נישט פארגעסן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך און וועט ווייטער טון מיט אייך, אז אויב איר וועט אמאל דארפן פועל'ן א ישועה זאלט איר זען קלאר מיט אייערע אויגן וואס מען קען אלץ פועל'ן מיט תפילה, איר וועט קענען מחזק זיין נאך מענטשן און זיי לאזן וויסן וואס געשעהט ווען מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות אויף די אייגענע שפראך, ווי ער העלפט יעדן איינעם.


דא שרייב איך אייך די תפילה:


רבונו של עולם, יישר כח פאר מיין לעבן! איך דאנק דיר אז איך האב אזא גוטע מאן וואס ער איז אזוי ערליך און אזוי גוט צו מיר; איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר מיינע לעכטיגע זיסע קינדער וואס דו האסט מיר געגעבן. יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען געזונט, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר. אייבערשטער, מיין הארץ איז אנגעפילט מיט לויב פאר דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך האב דיר אזוי ליב.


רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, א לויטערע אמונה, א ריינע אמונה, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל נישט לעבן מיט פחדים און שרעק.


הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, דו ווייסט אלע מחשבות וואס איך טראכט, דער יצר הרע פארגינט נישט אז איך לעב אזוי שיין מיט מיין מאן און מיינע זיסע קינדער ברענגט ער אריין אין מיין מח שלעכטע מחשבות, איך טראכט זייער אסאך מאל נעגעטיוו - פון שטארבן און פון אנדערע שלעכטע זאכן ביז איך ווער זייער נערוועז און דערשראקן. העלף מיר איך זאל נישט האבן נעגעטיווע מחשבות, אייבערשטער, דו ביסט דאך דער יודע מחשבות, העלף מיר, "יוֹדֵעַ מַחֲשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא".


צו וועם זאל איך גיין בעטן הילף, ווער קען מיר דען העלפן, ווער קען מיר אוועק נעמען מיינע פחדים, מיינע שרעקעדיגע מחשבות וואס קומען מיר כסדר אריין אין מח - זיי לויפן מיר נאך א גאנצע טאג, קיינער קען מיר נישט העלפן, אבער דו קענסט יעדן איינעם העלפן, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב פאר מיין מאן.


אייבערשטער, ווען איך רעד צו דיר שפיר איך אזוי גוט אבער נאכדעם ווען איך פארגעס פון דיר קומט צוריק דער יצר הרע און ער מאכט מיר ווייטער טראכטן שלעכטע זאכן. אסאך מאל כאפט מיר אזא שרעק אז איך קען מיך נישט קאנטראלירן, אדער ווען עס קומט ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן פון אלע נארישע מחשבות וואס לויפן אין מיין מח; העלף מיר אז מיין אמונה זאל זיך נישט אפטון פון מיר קיין איין רגע, העלף מיר איך זאל זיין אזוי שטארק מיט אמונה אז קיין שום זאך אויף דער וועלט זאל מיר נישט רירן.


איך האף צו באקומען פון אייך בקרוב א בריוו ווי איר וועט מיר שרייבן אז די גאנצע תפילה איז אייך שוין נישט נוגע און איר קענט עס שוין נישט זאגן ווייל עס איז נישט אמת וכו', אזוי ווי איר שרייבט מיר יעצט. איר וועט לעבן מיט אזא קלארע אמונה אז גארנישט וועט אייך נישט שטערן.

#5 - מיין מאן דאווענט נישט מיט מנין, וואס קען איך טון?
שלום בית, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך טאג טעגליך, דאס איז מיר זייער מעורר און מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער מאן וואס דאווענט נישט מיט מנין, ער גייט אין כולל אין א ווייטע פלאץ, און דעריבער דארף ער אויפשטיין פרי צו קענען אנקומען צייטליך, דאס מאכט אים אז ער זאל דאווענען אינדערהיים יעדן טאג ביחידות, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


און איך זע אז אפילו אין די טעג ווען ער דארף נישט גיין אין כולל, האט ער שוין אויך נישט די געפיל צו גיין דאווענען מיט מנין.


מען האט מיר אויסגעלערנט אז א ווייב איז נישט קיין משגיח, און זי דארף נישט מוסר'ן דעם מאן, פון דעסט וועגן שטערט מיר דאס זייער שטארק, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען אים העלפן אויף א שיינעם וועג.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון גיין אין שול דאווענען מיט מנין וואלט מען אלעס געטון צו קענען דאווענען מיט מנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאווענט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך שטייט נאכדעם (תהלים עח, לח): "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאווענט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דאס וואס מענטשן זענען מזלזל אין דאווענען מיט מנין נעמט זיך פון דעם ווייל מען ווייסט נישט דאס גרויסקייט דערפון און מען טראכט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל נישט גיין אין שול און איך וועל דאווענען ביחידות וכו'?' אבער עס איז נישט אזוי, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; דערפאר דארף מען זיך זייער אנשטרענגען צו גיין יעדן טאג אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך.


א פרוי דארף טאקע נישט זיין קיין משגיח אויפן מאן וכו', אבער עס איז זיכער אז די פרוי דארף מחזק זיין איר מאן און אים מעודד זיין אז ער זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די מענער באקומען שכר פארן לערנען, אבער די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון כולל וכו'"; זעט מען אז א פרוי וואס העלפט איר מאן זיין גוט און וואויל וועט זוכה זיין צו באקומען שכר אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת, וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה. אָמְרוּ: אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא כְּלוּם. עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַך זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דערפאר זאלט איר מחזק זיין אייער מאן ער זאל גיין אין שול; א פרוי וואס געבט אסאך ליבשאפט פאר איר מאן, אפילו אויב זי וועט אים זאגן: "גיי דאווען", "גיי לערנען" וועט דער מאן דאס אנעמען. אבער אויב די פרוי איז נאר דא צו זיין א שוטרת, זי איז דא נאר פאר ביקורת און זי הערט אים נישט אויף צו קריטיקירן, דעמאלט ווערט א פייער. אז מען לעבט באהבה ושלום איז נישט געפערליך אז די פרוי העלפט איר מאן זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל הערשן אהבה ואחוה ושלום וריעות ביי אייך אין שטוב.

#4 - מיין מאן איז א מפיץ, און דאס איז מיר נישט צום הארצן
תפילה והתבודדות, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים און חיזוק וואס איך הער יעדן טאג פון אייך ביי די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, עס געבט אונז צו גאר פיל צום לעבן, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין מאן און קינדער, אפילו די גאר קליינע קינדער ווייסן שוין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קליינע זאך וואס זיי דארפן.


אזוי ווי מיין מאן איז א מפיץ, האב איך זיך געוואלט דורכשמועסן מיט אייך איבער עטליכע זאכן וואס עס שטערט מיר וועגן הפצה.


קודם די גאנצע זאך פון הפצה לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מ'קען טון אזא זאך צו לעבן אויף די צדקה וואס די מענטשן געבן, און דאס הייסט נאך אן ארבעט?


איך קום פון א שטוב וואו מ'האלט זייער שטארק קעגן מוהרא"ש, מיר טארן זיי אפילו נישט דערציילן וואס מיין מאן טוט, און דעריבער קען איך נישט האבן קיין חיזוק פון מיינע עלטערן איבער דעם. אויך שטערט מיר זייער ווען דאס גייט איבער די גרעניצן, ווען הפצה גייט אויפ'ן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן, צום ביישפיל ווען מ'גייט ארויס אינדערפרי אין א פרייטאג, ערב יום טוב, אדער חול המועד, און מ'קומט צוריק ממש ביים זמן, און דאס שטערט אויך זייער פאר די חינוך פון די קינדער (זיי טארן אויך נישט וויסן וואו טאטי איז, אז זיי זאלן דאס נישט איבערדערציילן פאר אנדערע קינדער).


איך האף אז איר וועט מיר קענען מחזק זיין און אויסלערנען ווי אזוי אנצונעמען די גאנצע זאך פון הפצה וואס איז זייער פרעמד פאר מיר, און ס'שטערט מיר זייער שטארק.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, כאטש וואס ווי געזאגט איז אונזער גאנצער שטוב געשטעלט אויף תפלה, יעדער איינער פון קליין ביז גרויס רעדט צום אייבערשטן, אבער עס מאכט זיך אסאך זאכן וואס איך בעט דעם אייבערשטן שוין זייער לאנג און איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן, און דאס ברענגט אריין אין מיר א יאוש אז איך זאל אויפהערן צו בעטן, וואס קען איך טון דערצו?


דער באשעפער זאל אייך געבן ווייטער כח און מח צו קענן אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער, און איר זאלט האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל אז איך האב אייך נישט געענטפערט א לאנגע צייט, זייט מיר דן לכף זכות; איך בין זייער פארנומען מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל שולע, אלעס ליגט אויף מיין קאפ.


איך האב באקומען אייער בריוו ערב ראש השנה אין אומאן; ווען איך בין אהיים געקומען האב איך געדארפט מסדר זיין די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו', פארן קומענדיגע יאר, דעריבער איז עס אפגעשטופט געווארן ביז יעצט.


קודם וויל איך אייך מחזק זיין, איר זאלט וויסן אז איך בין פשוט מקנא אייער מאן ווי ער איז זיך מוסר נפש מיט אן אויסטערלישן מסירות נפש צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי איינער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָבָּ"ה גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן אויף יעדע איינציגע שאלה וואס איר פרעגט:


א. איר שרייבט אז עס לייגט זיך נישט אויף אייער שכל די גאנצע זאך פון הפצה און לעבן אויף צדקה וואס מענטשן געבן וכו'; איך וויל אייך פרעגן, ווי אזוי קוקט איר אן אן הצלה מאן, אז מען זעט אינגעלייט לויפן טאג און נאכט, זומער און ווינטער צו ראטעווען אידן; אלע קוקן ארויף אזא איינעם, וואס הייסט, ער געבט אוועק זיין צייט, געלט, עסן און שלאפן - אבי צו ראטעווען א איד, קיינער קוקט זיי נישט אן ווי א שנארער וכו', דאס זעלבע - און נאך אסאך מער - איז א מפיץ; ער געבט אוועק זיין לעבן, זיין נאמען וכו', אבי אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאך א איד זאל האבן שלום בית, ער גייט פארשפרייטן די אמונה ביי אידישע קינדער; וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען.


קוקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", א מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן, איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן, און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; דאס איז בגשמיות, כל שכן ברוחניות - אז מען ברענגט צוריק א מענטש וואס איז שוין אינגאנצן מיואש ביי זיך, און מען שיינט אריין אין אים אז ער האט נאך א תקוה און א האפענונג, איז דאך זיכער כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא.


ווי לאנג איז דען די גאנצע לעבן פון א מענטש? אונזערע טעג זענען צוגעגליכן "כצל עובר", ווי א שאטן וואס גייט פארביי. עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש; די יארן פליען אוועק זייער פלינק און מען גייט שוין באלד צוריק צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פון א מענטש גייען נישט דורך אזוי שנעל ווי א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליהט; וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט אונז? נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אוועק געגעבן פון אונז פאר א צווייטן איד, נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אידישע קינדער.


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי זענען מפיץ אין די הייזער, אין שולן און אין אפיסעס, און זענען מזכה אידישע קינדער צו טון תשובה, זיי זענען נישט קיין שנארערס, זיי זענען נישט קיין מקבלים, נאר די זענען משפיעים, זיי געבן פאר מענטשן לעבן, זיי געבן פאר אידישע קינדער שכל, און דאס הייסט נישט אז מען לעבט פון צדקה געלט.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


איך וויל אייך פרעגן, איר אליינס שרייבט מיר א גאנצע מגילה ווי שטארק איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד? אז ער איז א שנארער, א בטלן, אדער גאר א מלאך, א צדיק, און א בעל מסירות נפש.


ב. איר שרייבט אז איר קומט פון א שטוב וואס מען איז קעגן מוהרא"ש וכו', און איר דארפט באהאלטן די גאנצע זאך פון הפצה וכו'; איר דארפט זיך פרייען אז איר האט א מאן וואס פירט זיך אויף מיט יראת שמים, א מאן וואס גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, א מאן וואס פארפעלט נישט צו לערנען די הייליגע תורה. עס דארף אייך נישט שטערן וואס די משפחה זאגט, איר דארפט זען אויפצושטעלן א שיינע משפחה, און אז איר וועט זיך פארטראגן מיט אייער מאן, איר וועט זיך מכבד זיין איינער דעם צווייטן, וועט איר האבן ליכטיגע דורות.


עלטערן דארף מען מכבד זיין, און פאר עלטערן דארף מען דערציילן נאר גוטע זאכן. בכלל דארף מען וויסן אז עס איז נישט גוט אז מען קרעכצט פאר די עלטערן וכו', עלטערן ווילן נאר הערן אז אלעס איז אין ארדענונג, עס איז דא פרנסה, מען געבט אן ערליכן חינוך פאר די קינדער און אז מען קומט זיך אויס צווישן זיך. קלוגע עלטערן מישן זיך נישט אריין ווען זיי זעען ווי זייערע קינדער לעבן צופרידן, אפילו ווען זיי זעען ווי די קינדער גייען צו אנדערע רבי'ס וכדומה.


עלטערן מישן זיך אריין ווען זיי זעען אז די טאכטער איז נישט צופרידן וכו'; ווען די טאכטער האלט אין איין קרעכצן: "עס איז נישט דא קיין געלט", "דאס טויג נישט", "יענץ טויג נישט", דעמאלט קומען די עלטערן און זוכן זיך אריין צו מישן. ממילא, אז איר וועט זיך נישט אפרעדן פאר אייערע עלטערן, נאר איר וועט כסדר אויסרומען אייער מאן אז ער העלפט און ער ברענגט פרנסה וכו', וועט זיי נישט באדערן אז ער איז א מפיץ.


ג. איר שרייבט אז אייער מאן גייט הפצה ערב שבת און ערב יום טוב, ער קומט אהיים ממש ביים זמן הדלקת הנרות, און דאס גייט אויפן חשבון פון חינוך הבנים וכו'; מיט דעם געב איך אייך גערעכט. הפצה טאר נישט גיין אויפן חשבון פון די ווייב אין קינדער. אמת, הפצה איז זייער גרויס, אבער מען טאר נישט פארגעסן פון די אייגענע ווייב אין קינדער.


מי לנו גדול פון ר' נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין הפצה, ער האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, אבער ווען עס איז געקומען צו חינוך הבנים האט ער אלעס אוועק געלייגט, ער האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, און יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו', אבער מיט א גוטע חינוך בלייבט די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


ד. איר שרייבט אז איר דארפט באהאלטן פון אייערע קינדער אז אייער מאן גייט הפצה וכו' כדי זיי זאלן דאס נישט דערציילן פאר אנדערע; איר דארפט נישט באהאלטן פון אייערע קינדער וואס אייער מאן טוט, איר דארפט זיין שטאלץ מיט דעם, נאך אביסל וועלן אייערע קינדער מיט גיין מיט אייער מאן, אים העלפן פארשפרייטן אמונה אויף דער וועלט. באהאלטן דארף מען זיך ווען מען טוט עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ.): ווען א מענטש זעט אז דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף אים, זאל ער זיך באהאלטן אין א פלאץ וואו קיינער קען אים נישט, ער זאל זיך אנטון שווארץ, כדי עס זאל נישט ארויסקומען דורך אים א חילול השם; אבער מיט א גוטע זאך דארף מען זיין שטאלץ.


ביי אונז אין תלמוד תורה האבן מיר איינגעפירט אז יעדן פרייטאג צופרי גייען די קינדער פון אכט יאר אלט אין אלע שולן מיט ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און זענען דאס מפיץ.


ה. דאס וואס איר פרעגט וואס מען זאל טון אז מען איז מתפלל צום אייבערשטן א לאנגע צייט און מען זעט נישט אז מען זאל געהאלפן ווערן; די קשיא פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'".


איך האף אז איר וועט באקומען אן אנדערע בליק אויף הפצה, און איר וועט מחזק זיין אייער מאן ני"ו ער זאל ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער מאן, אמן.

#3 - מיינע עלטערן זענען צעטיילט, איך דארף חיזוק
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דער אייבערשטער שיקט פראבלעמען פאר יעדן מענטש, אזוי אויך האט דער אייבערשטער געשיקט א פראבלעם פאר אונזער משפחה. אונזער טאטע איז ליידער אוועק פון אידישן דרך, און אזוי ווי ס'איז געווען זייער שווער פאר אונזער משפחה האבן מיין טאטע און מאמע מחליט געווען אז זיי גייען וואוינען אין אנדערע הייזער, און פאר דערווייל שלאפן מיין מאמע און טייל פון מיינע געשוויסטער און איך ביי מיין באבע, און מיר גייען אפאר מאל צו מיין טאטע אינדערהיים.


טייערער ראש ישיבה, איך פיל ווי איך טראג נישט אריבער די צער, איך בעט דיר אז דו זאלסט מיר צוריקשרייבן א בריוו מיט גוטע עצות פון רבי'ן, איך זאל זיך קענען מחזק זיין און דערהאלטן.


ברוך ה' אז איך האב דעם אייבערשטן און מיין מאמע וואס פארשטייען מיר און העלפן מיר ארויס ווען איך האב א פראבלעם, און אויך האב איך א ראש ישיבה וואס איז מיר מחזק מיט די לימודים פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אן עלף יעריג אינגל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געוויינט; און ווען איך דערמאן זיך נאר פון דיין בריוו וויין איך.


איך בין נעכטן נאכט ארויס געפארן קיין קרית יואל - מאנרא געבן א שיעור אין בית המדרש היכל הקודש, דערנאך בין איך ארויף געגאנגען צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהילים, און נאכדעם האב איך פארגעליינט דיין בריוו מיט הייסע טרערן פארן אייבערשטן, אזוי ווי חזקיהו המלך האט געטון מיט די בריוו וואס ער האט באקומען וכו', אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו לז, יד): "וַיִּקַּח חִזְקִיָּהוּ אֶת הַסְּפָרִים וגו', וַיִּפְרְשֵׂהוּ חִזְקִיָּהוּ לִפְנֵי ה'", חזקיהו איז געגאנגען אין בית המקדש און פארגעליינט די בריוו און דאס געוויזן פארן אייבערשטן; איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן וואס גיין אריבער צער און ווייטאג.


דיין צער וואס דו גייסט אריבער איז שרעקליך; עס טוט דיר זייער וויי אז דיינע עלטערן האבן זיך צעטיילט וכו', עס רייסט דיר דיין הארץ אז דיין טאטע וויל זיך נישט פירן אידיש און היטן תורה ומצוות, עס ווייטאגט דיר אז די גאנצע משפחה איז צעריסן געווארן וכו'. אין דיין בריוו שרייבסט מיר: "טייערער ראש ישיבה, איך שפיר ווי איך טראג עס נישט איבער..." וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ... ני"ו, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך וויין מיט מיט דיר.


איך וויל דיר מחזק זיין טייערער ... ני"ו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, און מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן. מען דארף אסאך חזר'ן די ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט"; "מיר ווייסן איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס עס איז גוט פאר אונז"; מיר קענען איין זאך טון, מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער איינער מיט זיינע צרות וכו'.


וויסן זאלסטו טייערער ... אז מען דארף גלייבן אין תפילה; מען דארף גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלסדינג פועל'ן. דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויפן אונזער דור, ער האט אראפגעשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז מחזק זיין און פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים.


ווען א מענטש רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, און בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן, דעמאלט קומט דער אייבערשטער און נעמט אן יעדע איינציגסטע טרער, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זאגט דער זוהר הקדוש (שמות יב:): "דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן גייען ארויף די טרערן גלייך צום אייבערשטן, קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים, און זאגט: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין נאך א קליין קינד און איך דארף א טאטע מיט א מאמע; הייליגער באשעפער, איך בעט דיר, עס איז מיר אזוי שווער אז מיין משפחה איז צעריסן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון. מאך מיר פרייליך, העלף מיין מאמע אז זי זאל האבן כח מחנך צו זיין די קינדער אויפן דרך התורה, העלף מיר איך זאל זיין שטארק מיט די תורה, איך זאל אייביג זיין אן ערליכער איד, איך זאל אייביג היטן שבת, איך זאל מיר פרייען מיט מיין פיאות, און איך זאל זיין שטאלץ מיט מיין ציצית", זאגט דער זוהר הקדוש, ווען דער אייבערשטער זעט ווי א איד וויינט צו אים, זאגט דער אייבערשטער: "אלע גזירות זאל מען צערייסן", ער האט רחמנות אויף אים און העלפט אים ארויס אין זיין צרה.


דערפאר בעט איך דיר, פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע דיינע מחשבות, פארצייל אים אז דו ווערסט פארטראכט און דו קענסט נישט מיט האלטן אין חדר אזוי ווי אמאל. האב נישט מורא צו וויינען, עס איז זייער גוט און געזונט צו וויינען אביסל יעדן טאג פארן אייבערשטן. שטארק דיר און גלייב אינעם אייבערשטן, גלייב אז דער אייבערשטער וועט העלפן אז אלע אידן וועלן תשובה טון וכו'.


אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז עס איז מיט גרויסע חסדים; מיט אלע שוועריקייטן וואס דו האסט, האט דער אייבערשטער דיר געמאכט א גרויסע נס אז דו האסט א טייערע מאמע תחי' וואס זי העלפט דיר און זי פארשטייט דיר, אזוי ווי דו אליינס שרייבסט מיר אין דיין בריוו אז דו דאנקסט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע וכו'.


אויף דעם וואס דיין טאטע פירט זיך נישט אידיש רחמנא לצלן, זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיין טאטע זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן מיט אלע אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געפאלן, דורך תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


די פאר מאל וואס דו גייסט צו דיין טאטע זאלסטו זיך אויפירן צו אים מיט דרך ארץ; דו דארפסט אים מכבד זיין, ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער. אבער אויב ער הייסט דיר חס ושלום מחלל שבת זיין, טארסטו אים נישט צוהערן. דער זעלבער אייבערשטער וואס זאגט אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ער זאגט אויך אז אויב דער טאטע הייסט מחלל שבת זיין טאר מען נישט צוהערן.


דו זאלסט זיין שטארק ווי א לייב נישט אוועק צו גיין פון די תורה, ווייל אז מען לאזט אפ די תורה, האט מען נישט קיין לעבן - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


די אלע וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה זענען נעבעך זייער צעקלאפטע מענטשן; זיי מיינען אז מען קען נישט זיין פרייליך ווען מען איז א איד, זיי מיינען אז דער גוי לעבט א בעסער לעבן ווי דער איד, דערפאר לאזן זיי אפ די תורה, השם ישמרינו. דער אמת איז אבער, אז אויב מען היט נישט די תורה, מען פירט זיך נישט אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן, דעמאלט האט מען נישט קיין לעבן; דאס לעבן ווערט נעבעך אויס, מען פארלירט אלעס און מען בלייבט איינער אליין, מען האט נישט נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט מיר געשריבן א בריוו, און איך וויל אז דו זאלסט מיר שרייבן יעדן טאג א בריוו, לכל הפחות איין מאל א וואך, און איך וועל דיר מחזק זיין מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.


הצלחה רבה.

#2 - מעג מען זאגן ליקוטי תפלות אום שבת? און איך זע נישט אז משניות זאל מיר העלפן אין שלום בית.
שלום בית, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה''ג מזכה את הרבים ר' יואל ראטה שליט''א


קודם וויל אייך באדאנקן פאר אייערע חיזוק שיעורים, און הערליכע ניגונים.


שאלה א', אין ספר ליקוטי תפלות איז דא אסאך תפלות אויף עניני גשמיות, איז מיין שאלה צי מען מעג עס אויך זאגן שבת ווייל עס איז נישט געשמאק אויסצולאזן ווען מען זאגט די תפילות כסדר. אין די פוסקים - לויט וויפיל איך ווייס - איז נישט אזוי קלאר די הלכה. און לאמיר זאגן אז מען טאר נישט, צי וועט העלפן היפך כוונה נישט יוצא צו זיין די מצוה פון תפלה, אדער גאר אינזין האבן אז די תפלה זאל חל זיין נאך שבת. און וואס וועט זיין אויב מען האט דאס אינזין ווען מען זאגט די תפלות ביי אלקי נצור צי עס וועט הייסן א הפסק.


שאלה ב', לגבי שלום בית, איינער וואס בעט יעדן טאג דעם רבונו של עולם, אפילו עטליכע מאל א טאג, ער זאל האבן שלום בית, און ער האט שוין אויסגעזאגט כמה פעמים ששה סדרי משנה (וואס ער האלט עס אן צו זאגן וויבאלד ער האט אויך א ציל פון יענע וועלט אפילו ער זעט נישט אזעלכע גרויסע שינויים וואס צוליב דעם האט ער אנגעהויבן צו זאגן משניות), און ער איז שוין געווען ביי רבנים און טעראפיסטן און געהערט מערערע שיעורים און געקוקט מערערע ספרים פון שלום בית, און דאך האט ער נישט קיין שלום בית, און ווען ער האט יא האלט עס נישט אן צו לאנג, און ער האט שוין גרעסערע קינדער, איז די שאלה ווי לאנג זאל ער אנהאלטן אזוי צו ליידן? איז דאס די רצון השי''ת צו בלייבן און ליידן אדער זיך צוטיילן?


יישר כח פאר'ן אוועקגעבן אייער טייערע צייט צו ענטפער'ן די שאלות.


 יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג זאגן ליקוטי תפילות אום שבת וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז שבת מעג מען זאגן ליקוטי תפילות, און אויך מעג מען זיך מתוודה זיין שבת בשעת מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ווייל עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, און ער שפירט זייער גוט נאכדעם ווען ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער, און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; און ברסלב'ער חסידים פירן זיך צו זאגן ליקוטי תפילות שבת, און זיך מתבודד זיין און אלעס אויסדערציילן פארן אייבערשטן.


שטארק דיך ווייטער בלימוד משניות; עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת, איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט, אז איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט", ווייל ווען ער האט אן איבעריגער מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק, און אזוי נוצט ער אויס זיין צייט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, "ווי אזוי מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש"? אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש"


וויסן זאלסטו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן, און אפילו איינער האט א פרוי מיט שווערע נאטורן איז אויך מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען, חז"ל פארציילן (עבודה זרה לט.): "מַעֲשֶׂה בְּאִשָּׁה אַחַת שֶׁנִשֵּׂאת לְחָבֵר, וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ תְּפִילִין עַל יָדוֹ, נִשֵּׂאת לְמוֹכֵס - וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ קִשְׁרֵי מוֹכֵס עַל יָדוֹ", עס איז געווען א פרוי וואס האט חתונה געהאט צו א תלמיד חכם, און זי האט אים געהאלפן אנטון יעדן טאג זיין תפילין, שפעטער האט זי חתונה געהאט צו א גנב, און זי פלעגט אים העלפן מיט זיינע שלעכטע מעשים; זעט מען פון דעם אז א פרוי גייט נאך איר מאן, אז דער מאן ווייסט וואס א פרוי וויל, און ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב - וועט זיין ווייב אים נאכגיין.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט פון יעצט אן זיין נאכגעביג, און זיי א "געבער", דו זאלסט נישט אויפהערן צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, איז שוין דא אלע ברכות, און דו וועסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - פרעמדע מחשבות אינמיטן זאגן תהלים
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

פון שלום.
לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א
אין די לעצטע פאר וואכן האב איך אנגעהויבן אויסצוזאגן יעדן טאג גאנץ תהלים אז איך זאל האבן א ישועה מיט וואס איך דארף. אבער יעדעס מאל ווען איך זאג תהלים קומען מיר אריין אין קאפ מחשבות, אמאל פון סתם נארישקייטן און אמאל פון שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון. איך וויל וויסן אויב ווערט די תהלים נתקבל ביים אייבערשטן אפילו ווען עס קומט מיר אריין די מחשבות. אפשר דארף נ נישט דער אייבערשטער אזא סארט תהלים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד שלום ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו זאגסט יעדן טאג תהילים, און אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט האבן א ישועה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צ"ח) ווער עס זאגט תהילים וועט האבן א ישועה.


אפילו ווען בשעת דו זאגסט תהילים קומט דיר אריין מחשבות וכו', קוק נישט אויף דעם, דו זאג תהילים און בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן א ישועה.


 


א גוט שבת