שאלה אין קורצן ענין
#285 - וואס קען א פרוי טון ווען איר מאן האט א סמארטפאון?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, סמארטפאון, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען געבן חיזוק פאר פרויען וואס זייערע מענער האבן א סמארטפאון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אסאך פרויען דארפן חיזוק אויף דעם פרט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט די שכל פון רבי'ן, און מיט אסאך סבלנות - קען מען זוכה זיין צו אן ערליכע שטוב, א ריינע שטוב.


איר ווייסט אודאי דאס וואס מען לערנט מיט אלע מיידלעך און פרויען, "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם" (סוטה יא.), בזכות די ערליכע פרויען זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים; וואס פאר א גרויסע זאכן האבן די ערליכע פרויען געטון אז זיי האבן געברענגט די גאולה? דערציילן די הייליגע חכמים (שם), די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן שווער; אזוי ווי היינטיגע טעג, די וואס האבן א טעלעפאן און זענען איינגעטונקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן, קאפ און הארץ אין די נייעס, די מח מחשבה אין די נארישקייטן; די אידן אין מצרים זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, זיי האבן נישט געטראכט פון אהיים גיין.


די ערליכע פרויען, די נשים צדקניות - זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיט געברענגט וואסער, יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש, דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן, מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל.


די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, ד'): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין זכות פון די נשים צדקניות וועלן מיר ארויסגיין פון דעם לאנגן ביטערן גלות ; בזכות די ערליכע פרויען וואס טוען דאס זעלביגע וואס די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, זיי ווארטן אפ דעם מאן, זיי גייען אנטקעגן דעם מאן, זיי קוקן נישט אויף גארנישט, זיי ארבעטן מיט חכמה, זיי רעדן שיין צום מאן, זיי האבן ליב דעם מאן, - ביז דער מאן וויל פון זיך אליינס שוין נישט די אלע נארישקייטן.


אז מען האט א גוטע ווייב, אן ערליכע פרוי, א קלוגע, וואס זי איז פון איין זייט שטארק ביי זיך נישט צו האבן קיין כלים וואס רבנים אסר'ן, און פון די אנדערע זייט זענען זיי גוט צום מאן, אפילו ער איז נאכנישט דערביי - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


ביי די שבת ליכט דערמאלט איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע ישועות. מוהרא"ש זאגט, ווען פרויען וואלטן געוויסט וואס זיי קענען אויסבעטן ביי די ליכט - וואלטן זיי זיכער גע'פועל'ט אלעס וואס זיי דארפן.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; דאס דארפן אלע פרויען בעטן ביי די שבת ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאן'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיךְ דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#284 - מעג איך ליינען א גוי'אישע בוך פאר מיין דייעט?
רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איבערוואג אויף א שטארקע פארנעם, איז בין ממש צוגעקלעבט צו עסן, ווען איך זע עסן ווער איך ממש פארגליווערט, איך קען נישט הערן און זען עפעס אנדערש, און איך עס איבער די מאס.


איך האב זיך שטארק געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, און איך בין געגאנגען צו א געוויסע פראגראם וואס העלפט מיט דעם פראבלעם אויף א געוויסע שיטה. איך דארף אבער ליינען א דיקער גוי'אישער בוך פון די פראגראם, כדי צו קענען מיטהאלטן. מעג איך דאס ליינען?


איך שפיר אז דאס זייער וויכטיג פאר מיין געזונט, פיזיש און גייסטיש, און אויך פאר מיין מאן און קינדער, מיין מאן האט מיר געזאגט אז ער זעט אז איך בין געווארן מער רואיג זייט איך האב אנגעהויבן גיין אויף דעם פראגראם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף א גוטע דייעט, עס איז א מצוה אכטונג צו געבן אויף די געזונט. די תורה זאגט אונז (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף היטן אויפ'ן געזונט; אז מען איז איבערוואגיג קען דאס ברענגען נישט גוטע זאכן.


בנוגע די דייעט וכו'; געבט אכטונג פון גוי'שע פאנטאזיעס, די בעסטע פראגראם איז אז מען עסט געזונט, מען עסט מיט א סדר יעדן אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט. נעמט די ברסלב'ער פראגראם, מוהרא"ש ענטפערט פאר א פרוי וואס וויינט אז זי הערט נישט אויף צו עסן און וויפיל זי מאכט אפ צו גיין אויף א דייעט - פאלט זי אלץ דורך, און איר מאן טשעפעט איר אז זי איז גראב.


מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב): "בוודאי את צריכה לדעת שריבוי אכילה וכו' בא מיאוש, וכשמתייאשים מהחיים וחושבים שאין לי כבר שום תקוה, זה מה שמכניס באדם תאוה לאכול ולאכול ולאכול ולהשמין ולהשמין וכו' וכו'", וויסן זאלסטו, ווען מען ווערט צעבראכן, מען איז דעפרעסט, מען זעט נישט קיין האפענונג - דאס מאכט מען זאל עסן און עסן, עס שלעפט אריין אין א תאווה, מען עסט און מען עסט, מען ווערט גרעבער און גרעבער, "אבל כשאדם תמיד שש ושמח ושולט על עצמו, על ידי זה הוא נפטר מכל הבעיות", אבער א פרייליכער מענטש קען זיך באהערשן, דער האט נישט קיין פראבלעמען.


נעמט די ברסלב'ער פראגראם, די ברסלב'ער דייעט; הויבט אן ארבעטן אויף שמחה, זוכט אויף נאך און נאך זאכן אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן. דאס וועט אייך אויפבויען, איר וועט ווערן שטארק, איר וועט זיך קענען באהערשן. די גוי'שע פראגראם קען טאקע העלפן פאר די זאך, אבער עס קען אמאל אראפשלעפן אין אנדערע פראבלעמען השם ישמרינו.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די יצר הרע וואס מאכט מיך דעפרעסט, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, עסן מיט א סדר. איך וויל זיין געזונט, איך וויל אויסזען גוט, איך וויל נישט זיין איבערוואגיג. הייליגער באשעפער, דו האסט אונז מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות, פון נישט זיין פרייליך, בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל פון יעצט זיין זייער זייער פרייליך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו מאכסט אלעס און דו ביסט אלעס, גארנישט פאסירט פון זיך אליינס, העלף מיר מיין אמונה זאל זיין שטארק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#283 - ווי אזוי מאך איך זיכער איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש?
תפילה והתבודדות, צדיקים, היכל הקודש, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער פאר'ן טרעפן אזא גוטע ראש ישיבה וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן. איך האב אנגעהויבן מיטהאלטן די שיעורים נישט צו לאנג צוריק, און איך האב שוין געענדיגט סדר זרעים און סדר מועד פון משניות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען זיכער מאכן אז איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון דעם הייליגן פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו דערציילן דעם אייבערשטן וויאזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געטון מיט דיר און וואס דער רבי טוט מיט דיר נאכאלץ.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן דעמאלט איז מען זייער פארפלאמט, מען איז זייער צוקאכט; עס הויבט זיך אן נייע זאכן מיט לערנען, מיט דאווענען און מיט שפירן דעם אייבערשטן. במשך הזמן ווערט דאס א חלק פונעם לעבן, דעריבער קען פאסירן אז מען פארגעסט וכו'; דארף מען כסדר דערציילן דעם אייבערשטן דעם גאנצן אמת, ווער בין איך, ווי אזוי קוק איך אויס אן דעם הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#282 - ווי אזוי פארענטפערט מען די קשיות פון די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, קשיות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זון וואס וואקלט זיך אביסל אין ערליכקייט, און ברוך ה' אז ס'איז דא נאך קינדער סיי יונגער און סיי עלטער פון אים. לעצטנס האט ער זיך געקויפט א נישט כשר'ע טעלעפאן, די אנדערע קינדער הויבן אן פרעגן וואס איז פשט פון דעם וואס ער האט דאס, און אויך רעדן זיי זיך אפ אז די קינדער פון זייער קלאס מאכן חוזק פון זיי אז זייער ברודער האט טריפה'נע זאכן; ווי אזוי ערקלער איך דאס פאר די קינדער אויף א קלוגע פארשטענדליכע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלע פראגעס וואס קינדער פרעגן - דארף מען ענטפערן, ווען זיי פרעגן אזעלכע הייקעלע פראגעס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה.


קינדער זוכן אלץ די סארט תירוצים; פארוואס יענער מעג יא און איך טאר נישט? פארוואס דארף איך גיין שלאפן ווען א צווייטער איז נאך אויף? קינדער זוכן זיך שטענדיג ארויסצודרייען מיט די טענה פארוואס יענער מעג און מיר טארן נישט; די ריכטיגע וועג איז צו זאגן: "וואס קוקסט אויף א צווייטן? דו דארפסט טון וואס איז ריכטיג; וואס יענער טוט - האט גארנישט מיט דיר".


אז די קינדער קומען אהיים זאגן אז מען טשעפעט זיי אין חדר - דארפסטו רעדן מיט'ן מלמד און מיט'ן מנהל זיי זאלן מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפען א צווייטן.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#281 - איך מוטשע זיך מיט מיין ווייב, זאל איך זיך גט'ן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, סבלנות, תפילה והתבודדות, נסיונות, גט, יאוש, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע דרשות פון חיזוק און עצות. בזכות דעם ראש ישיבה האט זיך מיין לעבען אסאך געטוישט.


איך בין א יונגערמאן שוין א שיינע פאר יאר פון דער חתונה, איך האב געוואלט בעטן הדרכה, אבער קודם דארף איך אביסל מסביר זיין מיין מצב; איך בין אויפגעוואקסן אין אן עכטע חסידישע שטוב, מיין טאטע איז גאר א פארמאכטער מענטש, ער איז אריבער גאר אסאך אין לעבן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין אמת'ער קשר מיט אים חוץ פון לערנען, ער האט מיר קיינמאל נישט אויסגעלערנט עניני קדושה, ווי אזוי מ'דארף זיך אפהיטן, און אויך אין אונזער חדר האט מען בשיטה נישט גערעדט פון דעם.


מיך האט שוין פון אלס קליין קינד געצויגן צו שלעכטע זאכן, שוין ביי די ניין יאר האב איך אנגעהויבן זינדיגען מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אן דעם וואס איך זאל האבן אן אנאנג אז מ'טאר דאס נישט טון, איך האב זיך אזוי שטארק צוגעוואוינט צו דעם אז עס איז געווארן א נארמאלע זאך ביי מיר, מיינע געפילן צו אידישקייט איז געווארן שוואכער און איך האב געשפירט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיינע זינד, אבער איך האב דאך דעמאלט נישט געוואוסט וואס מ'טאר נישט טון, איך האב זיך געשעמט צו פרעגן און אזוי בין איך געפאלן מער און מער, איך וויל שוין נישט שמועסן ווען איך בין געוואויר געווארן אז דאס איז אן עבירה, מ'איז חייב אויף דעם מיתה, עס העלפט אויף דעם נישט קיין תשובה, דעמאלט בין איך אזוי געפאלן געווארן ביי מיר, אז איך האב שוין נישט געוואלט בלייבן אידיש, נישט להכעיס חס ושלום נאר פון יאוש.


ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט דער אייבערשטער מיך געראטעוועט און מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה. בערך א יאר דערנאך בין איך א חתן געווארן און איך האב חתונה געהאט עב"ג בשעה טובה ומוצלחת.


אבער גלייך נאך מיין חתונה האט זיך אויפגעשאקלט מיין לעבן. מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון א נארמאלע לעבן אינאיינעם, ווען זי האט געלערנט מיט איר כלה טיטשער האט זי איר שוין געזאגט אז זי וויל נישט חתונה האבן. און דער בראך איז געווען פיל גרעסער אז איך בין געקומען פון פונקט די פארקערטע זייט, איך בין שוין געווען א גוטער בחור, איך האב פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך האב זיך מחזק געווען מיט דעם אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט עס לייכטער ווערן, און דערווייל איז געשען פונקט פארקערט.


די ערשטע פאר יאר האבן מיר פרובירט צו גיין צו פסיכיאלאגן, איך וואלט געקענט קויפן א שיינע פאר קארס מיט די געלט וואס איך האב שוין אויסגעגעבן פאר דעם צוועק. שפעטער האב איך זיך נאכמער אריינגעלייגט אינעם רבינ'ס עצות, איך האב געלערנט און פארשטאנען אז אלע פראבלעמען קומען נאר פון מיינע עבירות, האב איך אפאר יאר געארבעט זייער שטארק אויף קדושה, איך האב אסאך תשובה געטון, אסאך גערעדט צום אייבערשטן, אסאך געלערנט תורה, און געזאגט אסאך תפילות, אבער גארנישט האט זיך געטוישט.


איך מוז צולייגן עטליכע נקודות, קודם כל אז מיר האבן זיך זייער ליב, מיר פארברענגען, שמועסן און לאכן אסאך צוזאמען, נאר ווען עס קומט צו א נארמאלע חתונה געהאטע לעבן פארשטייט זי נישט וואס איך וויל, זי האט ממש נישט קיין שום געברויך פאר דעם, און זי קוקט מיר זייער אראפ פאר דעם. נאך איין נקודה איז וואס אלע פרעגן די ערשטע זאך אויב איינער האט איר געטשעפעט אלס קינד, און דער ענטפער איז בפירוש אז נישט.


אזוי איז אריבער אסאך יארן וואס איך האב זיך באשולדיגט אז איך בין שולדיג אין אלעס וועגן מיין חטאת נעורים, און איך האב אסאך עוסק געווען אין תשובה, און איך האב זיך אריינגעלייגט שטארק אין דעם אז איך זאל גארנישט דארפן פון איר, איך זאל נאר זיין א משפיע, נאר געבן און נישט ווארטן צו באקומען גארנישט אויף צוריק, אבער דערווייל ארבעט עס נישט פאר מיר, און איך פאל א גאנצע צייט דורך אין פגם הברית, איך וויל נישט און איך שריי צום אייבערשטן, איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך פאל א גאנצע צייט אריין אין עבירות.


איך האב שוין אזויפיל מאל געקויפט אן אפענעם סמארטפאון און עס צעבראכן, איך דראפע זיך נאך און נאך, איך שריי צום אייבערשטן אז איך ווייס אז איך בין שולדיג אין אלעס פאר דעם איז זי נישט כרצוני ווי דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ביי כוונת אלול (תורה פ"ז) אבער וואס זאל איך טון? טאקע דערפאר וואס זי וויל נישט, בין איך אומדירעקט מער פוגם, נישט ווייל איך וויל, איז איך בין סטאק! איך זע נישט קיין וועג ארויס! איך ווייס אז זיך גט'ן איז נישט דער דרך אין ברסלב, בפרט ביים ראש ישיבה, ובפרט אז עס איז דא אהבה צווישן אונז.


אזוי וואלגער איך זיך פאר יארן, איך פרוביר אבער עס גייט נישט. איך האלט שוין די לעצטע שטיק צייט ממש על סף היאוש, איך האב פרובירט צו זאגן סליחות פאר ראש השנה, אבער ווען איך קום צום פסוק "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" ווער איך סטאק, האב איך דען אמאל געוואלט זינדיגן?! איך האב נישט געהאט הדרכה אלס קינד, און איך לעב אזויפיל יארן מיט אזא ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער מאכט איך זאל זינדיגן, איך שריי א גאנצע צייט אז איך וויל נישט זינדיגן, איך גיי אין מקוה און איך זאג תיקון הכללי, וואס נאך וויל מען פון מיך? אלעס האט א שיעור!


איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, און איך האב דארט געבעטן נאר איין זאך, אז איך וויל שוין שטארבן! איך וויל שוין נישט זיין מער דא! איך האב שוין גענוג געליטן! איך קען נישט זאגן סליחות, איך בין אזוי מיואש און צובראכן, איך זע נישט קיין שום עתיד פאר מיר, איך האב ערנסטע נסיונות פון דורכפאלן מיט נשג"ז, מיין שכל ארבעט שוין נישט, איך בין זייער פארלוירן און צעבראכן, נאכדעם וואס איך האב שוין אלעס פרובירט.


מיין שאלה אין קורצן איז וואס זאל איך טון, אפשר אין מיין מצב זאל איך זיך יא גט'ן? אבער עס איז שוין דא קינדער.


אנטשולדיגט מיר אויף די לאנגע שאלה, אבער לתועלת השאלה האב איך געמוזט מאריך זיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן די ריכטיגע הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער אין קורצן איז: חס ושלום זיך גט'ן!


יעצט אביסל מער באריכות, דו שרייבסט אז דו האסט געבעטן ביים רבינ'ס ציון אז דו ווילסט שטארבן; איך וויל דיר פרעגן, וואס טראכסטו, ווען מען שטארבט איז גרינגער? דו מיינסט אז נאכן שטארבן איז נישטא קיין דין וחשבון? ערשט דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען, דעמאלט דארף מען אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס מען האט געטון, מען נעמט אפיר אלע מעשים, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט דעמאלט זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "אלעס קען איך אויסטראכטן וויאזוי עס גייט זיין, אויסער דער ברוך הבא אין קבר, ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין דער ערד - דאס קען איך נישט אויסטראכטן וויאזוי עס וועט זיין".


צוריק צום שאלה, זיך גט'ן וועט דיר נישט העלפן; וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב וכו'? אפגערעדט אז דיינע קינדער וועלן דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צעשטערן זייער לעבן, די ערגסטע זאך פאר קינדער איז ווען די עלטערן גט'ן זיך, קינדער פון גע'גט'ע שטובער וואקסן אויף אומזיכער, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין וואס מען קען נישט משיג זיין, און דו אליינס איז א ספק אויב דו וועסט טרעפן א שידוך, און ביז דו וועסט טרעפן א שידוך וועסטו זיין פארוואגלט, דו וועסט זיין נע ונד, און נאכדעם איז ווייטער א ספק ספיקא וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז זאלסט גיין צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב און בעטן פאר איר זי זאל וועלן לעבן כדרך כל הארץ.


תפילה איז אזא שטארקע זאך, עס טוישט די טבע; תפילה איז אזוי שטארק - עס דריידט אלעס איבער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט, אות ה): "תְפִילָּה הוּא בְּחִינַת נִסִּים שֶׁהוּא אֵין דֶּרֶךְ הַטֶּבַע", אז מען בעט דעם אייבערשטן זעט מען ניסים פארקערט פון די טבע, "כִּי לִפְעָמִים הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען זען ניסים דורך תפילה; וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען ביי דיר.


פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות און אויך אסאך חכמה ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; חס ושלום איר נישט מאכן פאר א פראבלעם, נאר איר ארויסנעמען פונעם פראבלעם; אז מען האט די דריי זאכן, מען האט סבלנות, אביסל שכל מיט אסאך תפילה - קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#280 - פארוואס לערנען די ליטווישע פלייסיגער פון די חסידישע?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דאווענען, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי. איך דריי זיך אסאך מאל אין א גרויסע ליטווישע ישיבה צוליב מיין ארבעט, און איך זע ווי אזוי זיי לערנען שעות אויף שעות מיט א מורא'דיגע חביבות התורה, וואס איך האב קיינמאל נישט געזען פארדעם. איך וויל פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אזא חשק צו לערנען, וואס מ'זעט נישט ביי די חסידישע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז ווייל ביי זיי האט מען געלייגט מער געוויכט אויף לערנען ווי ביי חסידים; ביי חסידים האט מען געלייגט מער דגוש אויף דאווענען און ביי די ליטווישע האט מען געלייגט מער דגוש אויף לימוד התורה, דעריבער זעט מען ביי זיי מער התמדה אין תורה; נישט אז חסידים לערנען נישט, חסידים לערנען זייער פלייסיג, אבער דארט זעט מען א שטארקע התמדה וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "איך וועל נעמען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, איך וועל פועל'ן ביי מיינע לייט זאלן האבן די מעלות פון ביידע"; דער רבי האט גערעדט סיי פון דאס גרויסקייט פון תורה און סיי פון דאס גרויסקייט פון תפילה, דאס זעט מען טאקע ביי ברסלב'ער חסידים, יעדער איינער האט שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדה, שטענדיג האלט מען מיט זיך א ספר; אדער א חומש, אדער א משניות, אדער א תהלים און ווען מען האט נאר אפאר איבריגע מינוט כאפט מען אריין לערנען, מען פרובירט צו פאלגן דעם רבי'ן כאטשיג צו ענדיגן איין מאל אין לעבן וואס דער רבי האט געוואלט מיר זאלן ענדיגן אין איין יאר.


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן עו): "פַּעַם אֶחָד חָשַׁב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לִלְמֹד בְּכָל יוֹם עַד שֶׁאֵין הַיּוֹם מַסְפִּיק", דער רבי האט אונז אויסגערעכנט וויפיל מיר דארפן לערנען און ענדיגן יעדעס יאר, אזויפיל שיעורים - אז עס איז נישטא קיין צייט אין טאג אזויפיל צו לערנען, "דְּהַיְנוּ לִגְמֹר בְּכָל שָׁנָה שַׁ"ס עִם הָרִי"ף וְהָראֹ"שׁ", ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס מיט רי"ף און רא"ש, "וְאַרְבָּעָה שׁוּלְחָן עָרוּךְ הַגְּדוֹלִים", ענדיגן יעדעס יאר אלע פיר חלקים שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים, "וְכָל הַמִּדְרָשִׁים כֻּלָּם", און אלע מדרשים, "וְכָל סִפְרֵי הַזֹּהַר וְתִקּוּנִים וְזֹהַר חָדָשׁ", און גאנץ זוהר מיט תיקוני זהר, "וְכָל סִפְרֵי קַבָּלָה מֵהָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אלע ספרים פון הייליגן אריז"ל, "גַם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען לערנען אביסל עיון יעדן טאג, אבער אלע אנדערע שיעורים זאל מען לערנען שנעל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


א פרייליכן יום טוב.

#279 - מעג איך אויסזאגן פאר'ן אייבערשטן אנדערע מענטשן וועלכע טשעפען מיר?
תפילה והתבודדות, בין אדם לחבירו, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די טעגליכע חיזוק און די בריוון, עס האט מיר אסאך מחזק געווען.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן מאכן התבודדות און רעדן צום אייבערשטען כדבר איש אל רעהו. ווען איך רעד זיך אויס פאר'ן אייבערשטן זאכן וואס האט צוטון מיט אן אנדערן מענטש וואס האט מיר מצער געווען, שפיר איך ווי איך האב יענעם בארעדט פאר'ן אייבערשטן, און איך האב אמאל געהערט אז ס'קען ברענגן א קיטרוג חס ושלום. וואס איז די ריכטיגע וועג צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער גוט, איינער האט שוין געפרעגט די שאלה פאר פופציג יאר צוריק פון מוהרא"ש. קוק אין שאלות ותשובות אשר בנחל (אשר בנחל חלק יג, מכתב א' תשמה, א' פרשת בא שנת תשל"ה): "והנה אודות שאלתך, שהרי אמרו חז"ל (ברכות נה:) 'המוסר דין לשמים הוא בין הדברים שמזכירים עוונותיו של אדם'", אויף דיין פראגע וואס דו פרעגסט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (שם): "שלשה דברים מזכירים עונותיו של אדם", ווער עס טוט די דריי זאכן זוכט מען נאך אין הימל די עבירות פונעם מענטש, איינע פון די זאכן איז: "מוסר דין על חבירו לשמים", ווער עס בעט דעם אייבערשטן ער זאל באשטראפן זיין חבר וואס קריגט זיך מיט אים, מיט דעם מאכט ער זיך אליינס שלעכט, מען נעמט אפיר זיינע עבירות, "ואם כן לענין התבודדות ושיחה בינו לבין קונו, שצריכים לספר הכל לפניו יתברך בפרטי פרטיות, מה שעובר עליו, בכל מאורע וכו'", אויב אזוי, וויאזוי קען מען אלעס דערציילן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף יעדע זאך? "ואם כן איך יכולים לספר בפרטיות שחבירי זה מצער אותי, וגורם לי מה שגורם וכו', הלא הוא בכלל מוסר דין על חבירו?" ווי אזוי קען מען דערציילן אלעס וואס מען גייט אריבער פונעם חבר, אלע צרות און שלעכטס, מען ווערט דאך א מוסר דין לשמים?


"ויש לומר, שהן אמת שהתבודדות צריכה להיות בתמימות ובפשיטות, כאשר ידבר איש עם רעהו, ולספר לפניו את כל צרותיו ומאורעותיו", נאר מען דארף טאקע דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער און רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, "אך כמו שאסור לספר לחברו שם המצער אותו, כי הוא בכלל לשון הרע, רק מספרים בדרך כלליות, שעובר עלי מאנשים מה שעובר וכו'", אבער מען דארף וויסן, אזוי ווי ווען מען דערציילט פאר א חבר וואס מען גייט אריבער טאר מען נישט יענעם זאגן דעם נאמען פון ווער עס מאכט די צער, ווייל עס איז בכלל לשון הרע, נאר מען שמועסט מיט'ן חבר פון די צער, נישט ווער עס מאכט עס, "כמו כן צריכים לדבר עמו יתברך, ולפרש כל שיחתו וכל אשר עם לבבו, וכל הייסורים שיש לו בפרטי פרטיות", אזוי דארף מען שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט, "אך לא להזכיר את שם המצער אותו וכו'", און נישט דערמאנען דעם נאמען פון דער וואס מאכט די צער.


מוהרא"ש פירט אויס, והעיקר דארף מען זאגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאי המרובים מצערים אותי ומקפחים פרנסתי", הייליגער באשעפער, מיינע עבירות זענען מיך מצער, צוליב מיינע זינד האב איך נישט קיין פרנסה, "אנא ה', רחם עלי ומחול לי באופן שיתבטלו המצערים", איך בעט דיר אייבערשטער, זיי מיר מוחל, אזוי וועלן אלע מיינע פראבלעמען אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#278 - ווי אזוי קען מען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, מדות טובות, תכלית, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה; איך האב זיך קיינמאל געקענט אלס א מענטש וואס האט די שלעכטע מדה, איך בין א מענטש וואס פארגינט יעדן, און איז באמת פרייליך מיט יענעמ'ס הצלחה און גוטס, לעצטנס איז אבער דא ביי מיין ארבעט א אינגערמאן וואס האט מיר געמאכט אנערקענען אז איך האב יא די שלעכטע מידה.


ער איז מורא'דיג א מוצלח, און ס'זעט מיר אויס ווי ער האט אלעס אין זיין לעבן, וואס איך חלום אויף דעם, און איך ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט קענען צוקומען צו דעם, און איין טאג האב איך זיך פשוט געכאפט אז איך בין אים מקנא.


דאס איז פאר מיר א טאפלטע שווערע געפיל, איינס אז איך האב די שווערע שלעכטע מידה, און אויך אז איך קען נישט פטור ווערן פון די געפיל אז איך בין אים מקנא. וואס קען איך טאן צו דעם? ווי אזוי ארבעט איך אויס די שלעכטע מידה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזוי געפערליך, דו ווייסט כאטשיג אויף וואס דו ליידסט. רוב מענטשן האבן די פראבלעם פון קנאה, אבער דער צרה איז אז זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן קנאה, זיי עסן זיך אויף פון אנדערע מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן קענען קלאר ארויסזאגן: "איך לייד פון קנאה"; זיי מאכן מחלוקות, זיי בארעדן מענטשן, זיי טראכטן מען דארף דעם באגראבן און דעם אויסרייסן - אן דעם וואס זיי זאלן קענען זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "איך לייד פון קנאה", "איך האב א צרה", "איך דארף הילף".


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען הייבט זיך אן מיט קנאה; מענטשן ווערן אויפגעגעסן פון קנאה. אלע מחלוקות צווישן משפחה, שכנים, חברים וכדומה - אלץ איז קנאה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז די וועלט פירט זיך מיט א בעל הבית. דאס וואס דער האט אזא ווייב און קינדער, געלט, א שיינע הויז, א שיינע קאר - איז מיט א חשבון פון הימל, עס האט גארנישט מיט'ן מענטש, און דאס וואס איך האב און וואס איך האב נישט - איז פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך קיין קנאה.


נאך אביסל וועלן מיר אלע צוריק גיין צום אייבערשטן, עס וועט אונז גארנישט נוצן. עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אלע צוריק לייגן פון וואו מיר זענען געקומען, מיר זענען באשאפן פון די ערד און דארט וועלן מיר צוריק גיין; דארט איז נישטא קיין קנאה, דארט איז יעדער פארנומען מיט זיך אליינס.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער חסיד און משפיע רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, די רוסן ימח שמם האבן אים פארשיקט קיין סיביר, דארט האט ער געארבעט אין די ביטערע פרעסטן, ער פלעגט נעמען די מתים, די טויטע אידן און זיי באערדיגן, האט ער דערציילט אז ער האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך ביי די טויטע, קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן; אלע ליגן אויף דער ערד מיט'ן פנים ארויף, נישטא קיין קנאה, קיינער קוקט נישט אויפ'ן חבר; אלע ווארטן מען זאל זיי שוין ברענגען לקבורה.


דו ווייסט כאטשיג דיין פראבלעם - קענסטו דאך גלייך נעמען די רפואה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז אלע פארשריבן א גרויסע רעצעפט, ווי נאר מען ווייסט אז מען איז נישט בסדר - קען מען גלייך אייננעמען דעם איינשפריץ און מען ווערט אויסגעהיילט, דער רבינ'ס רעצעפט איז: "התבודדות"; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסשמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער פריינט און אים בעטן מען זאל ארויסגיין פון די שלעכטע נאטורן.


יעצט אז דו ווייסט פונקטליך דיין פראבלעם זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאג פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און מיט וואס איך האב נישט, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, אלעס וואס איך האב - איז פון דיר; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין געלט, מיין הויז, מיין קאר - אלעס אלעס איז פון דיר מיט א פונקטליכער חשבון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט צונעמען און קיינער קען מיר גארנישט געבן.


רבונו של עולם, העלף מיר, הייל מיר אויס; העלף מיר איך זאל קענען אויסארבעטן מיינע מידות. איך בין אזוי פארדארבן, איך האב אזעלכע פארדארבענע מידות, איך בין מקנא אנדערע, איך פארגעס אז דו ביסט דא, איך פארגעס אז דו געבסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, איך קוק אויף דעם און אויף יענעם, איך פארגעס פון דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית, איך זאל געדענקען אז נאך אביסל גייט מען מיר אריינלייגן אין די ערד, דארט איז נישטא דער מיט יענער, דארט איז דא ווערים און מייז, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען מיינע מעשים; מיין דאווענען, מיין לערנען און מיינע גוטע מעשים, נאר דאס וועט זיין חשוב, מען וועט אפציילן אלע פרקים משניות וואס איך האב גורס געווען, מען וועט אפציילן אלע קאפיטלעך תהילים און בלעטער גמרא, דאס וועט זיין חשוב; בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע, איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך האב, איך זאל אריינכאפן אביסל גוטע זאכן".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; שעם זיך נישט, דערצייל דעם אייבערשטן פונקטליך וועם דו ביסט מקנא און מיט וואס דו ביסט אים מקנא, אזוי וועט עס ארויסגיין פון דיר.


די רעצעפט פון רבי'ן איז אזוי וואונדערליך; עס נעמט ארויס אלע שלעכטע מידות, מען ווערט א ריינער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#277 - ווי אזוי בלייבט מיט די חשק צו רעדן צום אייבערשטן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יארן צוריק האב איך געטראפן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, און דאס האט מיר זייער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, איך האב זיך צוגעכאפט צו די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און כאטש וואס ס'איז מיר געווען זייער שווער, האב איך זיך געשטארק צו רעדן און בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, וויסנדיג אז נאר אין דעם ליגט מיין ישועה.


מיט די צייט בין איך אבער געווארן אפגעשוואכט פון דעם, ווייל איך זע אז נישט אלץ קומט אן די ישועה וואס איך דארף, איך קען בעטן אויף א זאך איינמאל און נאכאמאל, גאר אסאך מאל, און די ישועה קומט נישט אן. איך ווייס און איך גלויב אז קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד, דער אייבערשטער נוצט עס פאר וויכטיגערע זאכן, און אזוי ווייטער, אבער למעשה מאכט דאס שווערער דאס בעטן דעם אייבערשטן, ווייל איך דארף דאך יעצט די ישועה אויף וואס איך ווארט.


לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, אז איינער זאל מיר זאגן אז אויב איך שלעפ א ריזן הויפן ציגל וועט ער מיר צאלן פאר דעם גאר אסאך געלט, וואלט איך געלאפן עס טון אפילו ס'איז שווער. אבער ווען ער הויבט מיר אן זאגן אז ער גייט מיר נאר צאלן יעדע צוואנציגסטע אדער דרייסיגסטע מאל וואס איך שלעפ עס, און ס'קען זיין ער וועט מיר איגנארירן, און ס'קען זיין ער וועט ערשט צאלן א יאר ארום, אדער וועט ער מיר טון אנדערע טובות אנשטאט דעם; דאן פארלירט מען שוין די חשק פון די גאנצע זאך.


איך זוך נישט צו זאגן משלים און תורות, איך וויל ארויסברענגען מיינע ספיקות און שוועריקייטן. אין אנהויב ווען איך האב געשפירט אז איך דארף נאר עפענען די מויל און די ישועה איז שוין אויפ'ן וועג, האב איך עס געטון מיט גרויס חשק, אבער אז איך זע אז ס'איז נישט אזוי פשוט, פארליר איך די חשק און געשמאק אין דעם.


איך רעד נאך ווייטער צום אייבערשטן, ווי אזוי קען איך אבער זיך צוריק אנצינדען די ארגיניעלע חשק וואס איך האב געהאט אין דעם ווען כ'האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן אמונה, ווייל ווען מען האט א שטארקע אמונה הייבט מען אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, אין מיר און נעבן מיר'; דעמאלט רעדט זיך פון זיך אליינס צום אייבערשטן, מען שפירט נישט ווי מען שלעפט ציגל, דעמאלט איז דער משל נישט דומה צום נמשל.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין שווערע עבודה, רעדן צום אייבערשטן ווערט אזוי ווי אטעמען; אזוי ווי קיינער ערווארט נישט ער זאל באקומען א ישועה ווען ער אטעמט, מען ערווארט נישט צו באקומען עפעס ביים אטעמען, יעדע אטעם איז א חלק פון לעבן; אזוי אויך ווערט דאס רעדן צום אייבערשטן א חלק פון לעבן, מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין דבוק צום אייבערשטן, מען וויל זיין צוגעקלעבט צו אים.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, אבער אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דעמאלט הייבט ער אן האבן קשיות און ספיקות, מען הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער וויל נישט צו הערן מיינע תפילות', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט - ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיה נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיט'ן מענטש.


די עצה איז מען זאל בעטן אויף דעם; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אמונה, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, איך וויל גלייבן אין דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל שטענדיג געדענקען פון דיר. הייליגער באשעפער, איך ווייס נישט פארוואס מיט מענטשן קען איך רעדן, איך געב אוועק אזויפיל שעה צו רעדן און שמועסן מיט מענטשן און ווען עס קומט צו רעדן צו דיר - גייט מיר דאס אזוי שווער, פארוואס קען איך נישט רעדן צו דיר? איך וויל שפירן ווי דו ביסט דא מיט מיר, איך וויל דיר זען, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר".


די ווערטער זאלסטו בעטן אן א שיעור מאל ביז דו וועסט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר און הערט דיר אויס, דעמאלט וועסטו מער נישט שפירן ווי דו שלעפסט שווערע ציגל וכו', דו וועסט שפירן א זיסע און געשמאקע טעם אין דיין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#276 - איז דער אייבערשטער נישט אינטערעסירט מיר אויסצוהערן?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פון ארץ ישראל, און איך מוז זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע דרשות כסדר. עס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, און איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה.


איך בין א גרוש שוין פאר אסאך יאר, און דאס איז מיר זייער שווער. איך בין שוין געווען צוויי מאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין זיווג, וואס נאך קען איך טון?


ווען איך רעד צום אייבערשטן איז מיר עס אסאך מאל זייער שווער, איך שפיר קיינמאל נישט אז איך האב יוצא געווען, אז איך האב שוין גענוג געבעטן, און אסאך מאל שפיר איך אז דער אייבערשטער וויל מיר בכלל נישט אויסהערן.


אויך ווייס איך נישט אויב איך מעג אלעס זאגן פאר'ן אייבערשטן, צום ביישפיל ווען איך וויל דערציילן מיינע שווערע נסיונות פאר'ן אייבערשטן, קען דאס אמאל נאך זיך שטארקן די נסיונות נאך מער לכבוד דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט די עצה פון התבודדות; דו שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דו דערציילסט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. דאס איז דאך גן עדן, דאס איז עולם הבא; ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו אים - דעמאלט איז מען זוכה צו שפירן מעין דמעין פון עולם הבא, מען שפירט גן עדן אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט די הייליגע הנהגה; קוק נישט אויף דעם אז דו שפירסט אסאך מאל ווי קיינער הערט דיר נישט אויס, אזוי גייט דאס מיט אלעמען.


דער רבי אליינס האט דערציילט אז ער פלעגט שפירן ביי התבודדות ווי מען הערט אים נישט אויס; ער האט אויך געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווען ער האט געזען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס ער בעט דעם אייבערשטן און ער האט נישט געשפירט ווי עפעס רוקט זיך, נאכדעם האט ער חרטה געהאט, ער האט זיך זייער געשעמט אז ער האט אפגעלאזט די הייליגע הנהגה (שבחי הר"ן, סימן ה, יב).


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף דעם, דו רעד ווייטער יעדן טאג צום אייבערשטן; יא געפילן, נישט געפילן, - דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז טון און טון און טון.


דער סמ"ך מ"ם האלט נישט אויס ווען מען גייט אויף דעם הייליגן וועג, ער זוכט אלע מיטלען צו שטערן דעם מענטש און אים אפקילן פון די עבודה, איינמאל מאכט ער טראכטן 'קיינער הערט מיר נישט אויס', א צווייטע מאל מאכט ער טראכטן 'מען הערט יא אויס; נו, דארף מען דאך מער רעדן', ער מאכט שפירן ווי עס איז נישט גענוג וכו' וכו', אבי דער מענטש זאל אפלאזן די הייליגע הנהגה.


דאס וואס דו זאגסט אז ווען דו דערציילסט פאר'ן אייבערשטן ווערן די נסיונות שטערקער; דאס איז נישט וואר, די נסיונות זענען נסיונות, זיי זענען זייער ביטער, פון דעם קען מען נישט פטור ווערן נאר דורך דערציילן דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות. אודאי איז דאס נישט געשמאק, מען שעמט זיך זייער ווען מען דערציילט דאס אלעס, מען הייבט אן זען ווער מען איז, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז; דאך דארף מען דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות איינגעקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך וידוי דברים, נאר ווען מען דערציילט עס אויס דעם אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו ווייטער גיין מיט די הייליגע הנהגה, זיי זיך מתבודד; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זאג אים ווי שווער עס איז דיר אליינס, און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, דו וועסט זוכה זיין צו קענען טרעפן דיין זיווג.


גיי נאכאמאל און נאכאמאל קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות; ווען איך וואלט ווען געווען אין ארץ ישראל וואלט איך געגאנגען אן א שיעור מאל צום ציון פון מוהרא"ש.


מוהרא"ש שרייבט אזעלכע ווערטער אין די צוואה, סיי פאר בחורים און סיי פאר מיידלעך, אז ער וועט נישט רוען ביז זיי וועלן האבן זייער שידוך, און בכלליות פאר אונז אלע שרייבט מוהרא"ש דעם לשון (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#275 - וואס טו איך אז מ'רודפ'ט מיך פאר'ן ארעסטירן א מנוול?
התחזקות, חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין אסאך יארן וואס איך בין זוכה צו הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, און דאס איז מיר זייער מחזק.


פאר א שטיק צוריק האט א בחור א מנוול געטשעפעט מיט מיין זון און אים מטמא געווען רחמנא ליצלן, איך בין דעמאלט געווען פארנומען מיט עניני רפואה אין מיין משפחה, האב איך נישט געקענט זיך אפגעבן געהעריג מיט מיין זון, אבער א צווייטער האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם מנוול און מ'האט אים ארעסטירט.


דער פראבלעם איז אבער אז ער איז גאר באקאנט אין מיין קהלה, און דערפאר האט מען מיר אנגעהויבן זייער צו רודפ'ן איבער דעם, מ'וויל נישט האבן קיין שייכות מיט אונז, מ'וויל אז דאס קינד זאל צוריק ציען און זאגן ליגנט אז ס'האט קיינמאל נישט פאסירט.


מיר זענען זייער צעבראכן פון דעם, נישט גענוג אלע צרות און יסורים וואס מיר זענען דורך, דארפן מיר דאס נאך אויך דורכגיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט, נאך אזא מעשה וואס מען האט דיר גע'הרג'ט דיין קינד און דיין אייגענע קהילה וויל פארדעקן אויף דעם רוצח - ווילסטו נאכאלץ זיין אין די קהילה?! טשעפע זיך אפ פון זיי, דארט איז נישט קיין פלאץ פאר דיר; זוך דיר אן ערליכע קהילה, א קהילה וואס איז נישט מחפה אויף בחורים מנוולים.


עס איז ביטער שווער פאר עלטערן ווען מען גייט אריבער אזא מעשה, מען שפירט זיך פארלוירן און מען ווייסט נישט וואס צו טון, בפרט ווען די אייגענע נאנטע שטייען נישט מיט. דאך דארפסטו וויסן אז אויפגעבן איז נישט קיין עצה, דו דארפסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין שטוב, זיין א טאטע פאר די קינדער און א מאן פאר דיין ווייב.


מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס צוריקדרייען; תפילה איז העכער פון די טבע, די טבע זאגט איין זאך און תפילה דריידט איבער די טבע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה יד ע"ב; יבמות סד): "לָמָּה נִמְשְׁלָה תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים כְּעֶתֶר" פארוואס ווערט אנגערופן די תפילה פון צדיקים א גרויסע שאוול? "מַה עֶתֶר זֶה מְהַפֵּ אֶת הַתְּבוּאָה בַּגֹּרֶן מִמָּקוֹם לְמָקוֹם, אַף תְּפִלָּתָן שֶׁל צַדִּיקִים מְהַפֶּכֶת מִדּוֹתָיו שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מִמִּדַּת רַגְזָנוּת לְמִדַּת רַחֲמָנוּת", אזוי ווי די גרויסע שאוול דריידט איבער די תבואה פון איין פלאץ צום צווייטן, מען מישט די תבואה מיט די גרויסע כלי; אזוי אויך די תפילה פון צדיקים דריידט איבער כביכול דעם אייבערשטן, עס זאל זיין נאר רחמים.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; די עצה פון התבודדות. גיי יעדן טאג אביסל אליין שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, גיס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו גייסט אריבער; אנגעהויבן דאס וואס דו דארפסט א רפואה וכו', דערצייל אים וועגן דיין קינד און נאכדעם די גאנצע געשיכטע מיט די קהילה, בעט דעם אייבערשטן דיין קינד זאל אויסוואקסן ערליך, ער זאל אויסוואקסן געזונט.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט נאך, לאז נישט דיין גאנצע משפחה אראפפאלן; זיי ווייטער מחנך דיינע קינדער, רעד צו זיי, געב זיי צו פארשטיין זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון מנוולים, קראנקע מענטשן. לייג אריין אין זיי א זיכערקייט זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן פון גארנישט, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי. לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס זיי דארפן; דאס וועט זיי אויפבויען, דאס וועט צוריק אריינלייגן אין זיי א זיכערקייט, זיי וועלן קענען חתונה האבן און זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#274 - נאכ'ן בעטן אזוי שטארק, פארוואס זע איך נאכנישט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנג וואס איך זוך א צדיק וואס זאל מיר העלפן אין עבודת ה', אזוי ווי דער רבי שרייבט אז מ'דארף האבן א צדיק, און ברוך ה' אז איך האב געטראפן די בריוו און שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.


איך פרוביר צו זיין נאר וואויל און ערליך, דינען דעם אייבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, דאווענען ווי עס דארף צו זיין מיט מתינות און כוונות, גיין יעדן טאג אין מקוה, און זיך היטן די אויגן און זיין נאר גוט און וואויל. ליידער בין איך אמאל געווען א גרויסער בעל עבירה, דורך א ספעציעלע מעטאד וואס איך בין דורך, האב איך זוכה געווען תשובה צו טון, איך וועל נישט אויסרעכענען דא פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, אבער די נקודה איז אז די זעלבע ברען און פייער וואס האט געברענט אין מיר פאר עבירות, האב איך איבערגעדרייט צו גוטן, צו ברענען נאר פאר'ן אייבערשטן. ברוך ה' אז איך האלט שוין דא.


אבער כאטש וואס איך פיל יעצט ברוך ה' א נאנטקייט צום אייבערשטן, זע איך אבער אז מיינע תפלות און בקשות וועגן פרנסה ווערן נישט געענטפערט, און איך דארף חיזוק אויף אמונה און בטחון.


איך האב געוואלט פארקויפן מיין דירה אין א צווייטע שטאט צו קענען קויפן א דירה דא וואו איך וואוין, אבער זאכן גייען נישט ווי איך וויל, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פאר א האלבע יאר אין א צו, אויך האב איך צוגעלייגט ספעציעלע תפלות ביי שמונה עשרה, און איך האב געטון די סגולה אז פאר פערציג טעג האב איך זיך גאר שטארק אכטונג געגעבן אין קדושה, און דערווייל רירט זיך גארנישט צום גוטן, און כסדר קומען צו נאך פרישע שטרויכלונגען מיט געלט זאכן.


איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט אלע נאר פאר מיין טובה, און ברוך ה' אז איך מיט מיין ווייב און אונזערע קינדער זענען ברוך ה' געזונט און שטארק, וואס פאר דעם קען איך נישט גענוג אויפהערן דאנקען און לויבן, און ברוך ה' אז אויף טאג טעגליכע פרנסה איז דא, אבער למעשה האב איך נאך א קלעם אין הארץ, ווייל איך האב געמיינט אז אויב וועל איך בעטן מיט'ן גאנצן הארץ וועט דער אייבערשטער מיר זיכער העלפן און אלעס וועט פארן ווי געשמירט, אבער דערווייל זע איך נאכנישט די ישועה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווארט מיט געדולד, מען האט סבלנות - זעט מען ביים סוף ווי אלעס איז געווען לטובה; מען קוקט צוריק, מען דערמאנט זיך וואס מען איז אמאל אריבער - זעט מען ווי שיין דער אייבערשטער פירט, ווי שיין דער אייבערשטער מאכט; טאקע פון די ביטערניש איז ארויסגעקומען זיסקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דאס ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (תורת משה כי תשא, דבור המתחיל וראית הב') וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", יעדער איינער וויל זען דעם אייבערשטן, מען וויל פארשטיין 'וואס גייט זיין?' 'פון וואו גייט קומען די ישועה?' מען קען דאס אבער נישט זען, נאר אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי", קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר - וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ", 'וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה?' דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו מיינסט יעצט אז דער אייבערשטער ברענגט דיר שלעכטס, אבער אז דו וועסט אויסווארטן וועסטו זען וואס פאר א ניסים עס וועט ארויסקומען פון דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפ'ן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", עס איז געווען א איד וואס האט זיך געגרייט צו פארן צו א ווייטע לאנד מאכן געשעפטן אין פארקויפן זיין סחורה, ער האט איינגעקויפט אסאך סחורה און ער האט אויך מיט גענומען עטליכע שותפים כדי צו קענען פארדינען אסאך געלט. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן האט ער באקומען הויך פיבער וואס צוליב דעם האט ער נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים אליינס ארויסגעפארן אויפ'ן לאנגן וועג און מען האט אים איבער געלאזט. האט ער געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה עוונותי וחטאתי אז דאס האט מיר פאסירט?" און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער, עס האט אים זייער וויי געטון פארוואס פונקט ער, וואס ער איז אזוי ערליך וכו' - דארף איבערבלייבן און קען נישט מיטגיין. אפאר טעג שפעטער האט ער געהערט אז אלע רייזנדע אויפ'ן שיף זענען אומגעקומען פון א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'עט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר געצערנט און מיר דערנאך געטרייסט, וואס אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען וּתְ'נַחֲמֵנִ'י; ווייל דער רבי לערנט אויס מען זאל לעבן מיט אמונה און גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; האסט א ווייב מיט קינדער אלע זענען געזונט, דאנק אים דו האסט פרנסה; נעם ארויס די קלעם פון הארץ, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר לטובה, וועסטו זען מיט דיינע אויגן די ניסים וואס וועט ארויסקומען פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#273 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך ביז מען באקומט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א ריזיגן דאנק פאר אלע שיעורים, איך בין זייער דאנקבאר און איך בין זיך זייער מחזק מיט די אלע עצות וואס איך באקום דא אין די הייליגע פלאץ היכל הקודש.


איך האב א שאלה ווי אזוי מען דערהאלט זיך ביז מען באקומט די ישועה אויף וואס מען בעט דערויף א גאנצן טאג? עס איז אזוי שווער ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען פילט ווי גארנישט געשעט. זעט ער מיין צער? וויאזוי איז מען זיך מחזק?


איך דארף נישט אויסרעכענען דא די דעטאלן פון אלעס וואס איך מאך מיט, ס'מאכט נישט קיין חילוק אויף די נושא, אבער ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די התבודדות, אסאך מאל פארליר איך די מוט פון בעטן נאכאמאל, ווען איך זע ווי זאכן גייען מיר אזוי שווער, און איך בעט און בעט אזויפיל און איך זע נישט די ישועה.


ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן; בפרט ווען עס קומט צו תפילה והתבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נישט ווי מען באקומט א ישועה; דארף מען האבן גאר אסאך סבלנות נישט אויפצוגעבן, נישט ווערן מיואש. ווייל חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער זעט נישט זיין ישועה, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ, וְקַוֵּה אֶל ה'"; מען דארף זיך עקשנ'ען מיט תפילה, בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען זעט גרויסע ישועות.


איך בעט דיר זייער, ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן - זאלסטו בעטן מיט רחמנות, נישט חס ושלום גנב'ענען מיט כח. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן, וְאִם לָאו, לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט, אז מען נעמט מיט געוואלד קען מען ווערן זייער צעבראכן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה, הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס' - דער וועט ווערן זייער אנטוישט און צעבראכן.


וואויל איז דעם וואס ווארט אויס אויף זיין ישועה, ער האט סבלנות ביז זיין ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#272 - ווי אזוי קען מען רעדן צום אייבערשטן אין מקוה?
תפילה והתבודדות, מקוה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאטע האט מיר מחנך געווען נישט צו רעדן אין מקוה, און אזוי פיר איך זיך טאקע ברוך ה'. איך וויל אבער יא זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי איך האב געהערט ביי שיעורים אז מ'קען זיך אויסבעטן אין מקוה, וויל איך וויסן אויב מ'קען רעדן במחשבה, אזוי ווי ס'שטייט אין שיחות הר"ן (סימן ט"ז) אז ס'איז דא א תפלה פון די לונגען צום מח, און דורך דעם קען מען שרייען און קיינער הערט נישט.


אויך וויל איך פרעגן אויב דאס לערנען משניות דארף זיין דוקא מיט'ן זאגן, אדער אויב איך שפיר מער א געשמאק דורך לערנען מיט ברטנורא וכדומה און פארשטיין, אויב דאס איז אויך גוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז זיך מתודה צום אייבערשטן, מען בעט בקשות וכו' - איז נישט קיין פראבלעם.


דיין טאטע האט דיר גוט מחנך געווען דו זאלסט נישט רעדן אין מקוה, אבער דאס מיינט נישט וידוי דברים. רעדן אין מקוה מיינט מען 'רעדן מיט מענטשן'; רעדן צום אייבערשטן, זיך מתודה זיין - דאס איז א זאך וואס צדיקים האבן געטון.


מוהרא"ש דערציילט, ער פלעגט הערן אלס בחור אין צעהלים'ער מקוה ווי דער סקאליער רבי, הרב הצדיק רבי דוד יצחק אייזיק זכותו יגן עלינו פלעגט זיך מתודה זיין; ער פלעגט נעמען אויף זיך די ד' מיתות בית דין, ער האט געהאט א ניגון ווי אזוי ער האט דאס געזאגט: "סקילה, סקילה, סקילה"; "שריפה, שריפה, שריפה"; (מוהרא"ש פלעגט עס זינגען מיט די תנועה), אזוי איז געווען ביי אסאך צדיקים, מען פלעגט זיי הערן זיך מתודה זיין אין מקוה.


דאס איז נישט וואס דיין טאטע האט דיר געלערנט נישט צו רעדן אין מקוה; זיי שטארק ווייטער מיט דיין איידלקייט, רעד נישט אין מקוה; עס איז נישט איידל צו רעדן אין מקוה.


בענין רעדן צום אייבערשטן אין מקוה מיט די מחשבה; דער רבי זאגט (ספר המדות המתקת דין, סימן נד): "עַל יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם", ווען מען טובל'ט זיך, אז מען האלט איין דעם אטעם אונטער די וואסער, "עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה", ביז מען שפירט ווי מען קען שוין נישט מער, מען פארלירט דעם אטעם, "נִמְתָּק הַדִּין", - ווערן איבערגעדרייט אלע שלעכטס; אנשי שלומינו פירן זיך צו מאכן לאנגע טבילות, מען האלט זיך אונטער די וואסער ביז מען שפירט אז מען קען מער נישט און בשעת מען איז אונטער די וואסער איז מען זיך מתבודד במחשבה, מען טראכט ווי מען בעט דעם אייבערשטן, דורך דעם איז מען זוכה צו המתקת הדינים.


בנוגע לערנען משניות; מאך זיך צוויי שיעורים, איינס בעיון מיט'ן פירוש ברטנורא און נאך א שיעור בגירסא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#271 - ווי אזוי מאך איך מיין מיידל זאל וועלן דאווענען?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א מיידל פון אכט יאר אלט וואס האלט נישט ביים דאווענען. זי זאגט אז זי פארשטייט נישט די ווערטער וואס זי רעדט, און דערפאר האט זי נישט קיין געדולד צו דאווענען. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט איר מחזק, זאגט איר אז אפילו זי פארשטייט נישט וואס זי דאווענט - זאל זי ווייטער דאווענען, ווייל דער אייבערשטער פארשטייט יעדעס ווארט, דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס מען בעט אים.


מיט די צייט וועט זי אויפכאפן די פירוש המילות, וועט זי באקומען מער און מער א געפיל צום דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#270 - פארוואס איז ברסלב אזוי פארשעמט?
חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום אסאך חיזוק פון די בריוון און פון די שיעורים, אבער מער חיזוק האב איך פון די בריוו ווייל איך ליין מער ווי איך הער טעלעפאן ליניעס, און איך בין זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב שוין עטליכע מאל באגעגנט וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די טענה'רייען וואס איז געווען אין הימל פאר דעם רבינ'ס נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, וואס דער רבי האט דערציילט אז דער סמ"ך מ"ם האט גע'טענה'ט אז אויב דעם רבינ'ס נשמה קומט אראפ האט ער מער נישט וואס צו טון, ביז ער האט געטראפן אן עצה אז מ'וועט אפלאכן און חוזק'ן פון הייליגן רבי'ן.


מיין קשיא איז פארוואס דער רבי האט זיך נישט אויך עפעס אויסגענומען אין קעגנזאץ צום סמ"ך מ"ם, ווי למשל דאס וואס מ'דערציילט אויפ'ן הייליגן בעל שם טוב זי"ע וואס האט זיך אויסגענומען אז ער קומט נישט אראפ נאר אויב ער באקומט מיט זיך ששים גבורים, אדער עפעס ענליך.


איך קוק זיך ארום, עס לאזט זיך נישט גלויבן ווי ברסלב'ע חסידים זענען אזוי ללעג ולקלס, נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלונגען א אינגערמאן זאל זיין, אויב קערט ער זיך אן קיין ברסלב, בפרט אין היכל הקודש ביים ראש ישיבה, ווערט ער צושאנד און צושפאט ביי יעדן איינעם, מ'איז אראפגעקוקט און אויסגעשלאסן פון די משפחה און ארומיגע חברים למחצה לשליש ולרביע. פון וואו האבן די ברסלבע די כוחות זיך צו שלאגן מיט'ן אזויפיל געלעכטער און חוזק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די אלע וואס קריגן אויף ברסלב - האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז; זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז - וואלטן זיי נישט געקריגט אויף ברסלב, זיי וואלטן אלע געקומען נעמען חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו", נאר זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב דאס געטון, "וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן; זעט מען פון דעם אז אויפ'ן רבי'ן אליינס איז נישטא וואס צו קריגן, מען קריגט אויף די לשון הרע'ס.


דו פרעגסט פארוואס ברסלב איז אזוי פארשעמט? דו פרעגסט א גוטע קשיא; דער רבי רעדט פון די קשיא, די רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; שטעלט זיך א קשיא, ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.


די מחלוקת אויף ברסלב האט זיך אנגעהויבן ביים רבי'ן; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון היינט אן וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפ'ן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג.


פארוואס טאקע האט דער רבי אונז געברענגט אזא מתנה? עס פעלט דען גוטע מתנות וואס צו געבן? וואס איז די גרויסקייט פון מחלוקת אז דער רבי רופט דאס אן 'א מתנה'?! מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן איז ער אין א גרויסע סכנה, ער קען אין איין רגע אלעס פארלירן, אויב מען גרויסט זיך מיט די עבודת השם, מען גייט ארום מיט גאוה וכו' - פארלירט מען אלעס, אזוי ווי דער הייליגער בעל דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט דערציילט (הובא בפירוש תורת אבות על מסכת אבות ב, ה), אז ווען ער איז געווען א קינד און ער איז געזעצן אויפ'ן שויס פון זיין זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט ער געהערט ווי דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אויף זיך: "דא זיצט א איד וואס הערט תורה - נישט פון קיין מלאך, נישט פון קיין שרף, נישט פון אליהו הנביא, נאר פונעם אייבערשטן אליין און איך האב מורא איך זאל נישט אראפפאלן יעדע סעקונדע אין נוקבא דתהומא רבא פון גאות און יישות וכו'"; ווייל אז מען גרויסט זיך חס ושלום מיט די תורה און תפילה וכו' קען מען אלעס פארלירן.


בפרט תלמידי וחסידי ברסלב וואס דער רבי ברענגט אונז צו גרויסע מדריגות; יעדער איינער פון אנשי שלומינו, הקטן שבתוכינו איז זוכה צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכות ואגדות, בריתות ותוספתות. דער רבי ברענגט אונז צו א דביקות בשם, מיר זאלן זיין דבוק צום אייבערשטן, מיר זאלן ארום גיין מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן, מיר זאלן זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן און צו נאך אסאך גרויסע זאכן און מיט איין מחשבה פון כבוד וכדומה קען מען אלעס פארלירן; דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם מתנה וואס ער האט אונז געברענגט, אז מען וועט שפעטן פון אונז, אזוי ווי מען זעט אז מען שפעט פון ברסלב'ע חסידים, מען מאכט אוועק ברסלב'ע חסידים און דאך גייט מען אן ווייטער מיט עבודת השם, אזוי איז מען זוכה צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


אויף די צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט, פון וואו נעמען די ברסלב'ע די כוחות זיך צו קענען שלאגן מיט אזויפיל געלעכטער און אזויפיל בזיונות; דעם כח באקומט מען פון התבודדות. ווען א מענטש איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטער טאג טעגליך - מיט די צייט באקומט ער א נייעם מח; מען טראכט נישט פון אנדערע, מען לעבט נישט פאר אנדערע, מען הייבט אן לעבן מיט תכלית, מען הייבט אן לעבן מיט א ישוב הדעת, מיט זכרון בעלמא דאתי, מען ווייסט און מען געדענקט אז מען איז דא בלויז פאר א שטיק צייט, מען גייט שוין באלד צוריק, די נשמה גייט צוריק גיין צום אייבערשטן; דאס געבט כח צו טון וואס איז ריכטיג און נישט ווערן פארלוירן פון צייטווייליגע זאכן.


מען קען דאס נישט פארשטיין, נאר דער וואס הייבט אליינס אן לעבן מיט התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן ווערט מען מער און מער צוגעקלעבט צום אייבערשטן, "הוּא תְהִלָּתְךָ וְהוּא אֱלֹקֶיךָ (דברים י, כא)"; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, מען איז זיך מתבודד - אלץ מער ווערט מען צוגעקלעבט צו אים. תפילה איז מחבר דעם מענטש מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה"; דעמאלט דארף מען שוין נישט קיינעם, מען וויל שוין גארנישט - נאר דעם אייבערשטן אליינס, עס אינטערעסירט נישט וואס די זאגן און וואס יענע זאגן, מען וויל נאר דעם אייבערשטן.


גלייב מיר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות קען יעדער איינער זוכה זיין צו דעם, מען זאל גארנישט דארפן און גארנישט וועלן - נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#269 - קען מען יוצא זיין דעם שעה התבודדות, מיט'ן עס צעטיילן אין חלקים?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוו, גליונות, און טעגליכע חיזוק. און לערן ברוך ה' פלייסיג אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן מיט גרויס הצלחה, און איך טו אויך אסאך הפצה.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וועגן התבודדות. מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל איבער דעם ענין פון מאכן א שעה התבודדות, אז אנשי שלומינו האבן געזאגט אז מ'קען צעטיילן די שעה אויף דריי, דאס הייסט צו מאכן התבודדות פאר צוואנציג מינוט דריי מאל א טאג. מיין שאלה איז אויב דאס ווערט טאקע גערעכנט ווי א שעה התבודדות.


איך ווייס אז אפילו רעדן נאר איין ווארט צום אייבערשטן איז זייער חשוב און גוט, איך וויל נאר פרעגן לגבי דעם ענין פון מאכן א שעה התבודדות, אויב מ'איז מקיים דעם זאך פון רבי'ן, אויב מ'צעטיילט עס אין דריי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צו): "איך האב געוואלט מען זאל זיך א גאנצן טאג מתבודד זיין, פון אינדערפרי ביז מען גייט שלאפן - זאל מען רעדן צום אייבערשטן, אבער איך זע אז דאס איז זייער שווער, וויל איך איר זאלט האבן א שעה התבודדות".


זאגט מוהרא"ש אז דאס קען מען שוין אויך נישט, עס איז שווער צו זיצן א שעה אין איין צי זיך מתבודד זיין, דעריבער קען מען צעטיילן די שעה אין דריי חלקים, אינדערפרי צוואנציג מינוט, נאכמיטאג צוואנציג מינוט און ביינאכט נאך צוואנציג מינוט; מיט דעם קען מען מקיים זיין וואס דער רבי האט געוואלט, מיר זאלן האבן לכל הפחות איין שעה התבודדות.


מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק ס, מכתב יב אלף, קמ; ועוד), מיר געפונען ביי די הלכה פון זאלצן פלייש (יורה דעה סימן סט, סעיף ו) אז ווען מען מאכט כשר פלייש, מען זאלצט די פלייש ארויסצונעמען די בלוט - דארף מען לכתחילה זאלצן די פלייש פאר א שעה, אבער בשעת הדחק קען מען זיך פארלאזן אויב מען זאלצט עס פאר צוואנציג מינוט; זאגט מוהרא"ש, ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף מאמע לשון איז דאס אזוי ווי זאלצן, דאס נעמט ארויס דאס שלעכטס פונעם מענטש, עס נעמט ארויס די שלעכטע בלוט וואס ברענט אינעם מענטש, די תאוות ניאוף רחמנא לצלן; לכתחילה זאל מען זיך מתבודד זיין א שעה און אז עס איז שעת הדחק זאל מען דאס טון דריי מאל א טאג פאר צוואנציג מינוט, אז דאס איז אויך שווער זאל מען זיך מתבודד זיין פאר פינף מינוט און אז מען קען דאס אויך נישט זאל מען ארויסזאגן איין ווארט צום אייבערשטן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב יעדע ווארט פון תפילה איז ביים אייבערשטן; אויב מיר וואלטן געוואוסט ווי חשוב תפילה איז - וואלטן מיר געדאוונט א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - כ'בין אלץ די כפרה הינדל אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און דרשות, איך בין אבער זייער דערפרעסט און אנידערגעשלאגן. מיין טאטע שרייט זייער אסאך אין שטוב, אן קיין שום סיבה, און איך בין אייביג די כפרה וואס דארף ליידן, איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך שפיר נישט קיין טעם צו גיין אין שולע, און איך קען זיך מער נישט דערהאלטן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס חיזוק פאר מיר, און אפשר אויך א תפלה אויף אידיש זיך צו קענען שטארקן?


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, ספעציעל פאר די אידישע ניגונים וואס זענען הערליך שיין און זענען מיר זייער מחזק. איך האב יעצט געענדיגט זאגן גאנץ תהלים צום דריטן מאל אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען, אלעס קומט פון נישט זיין פרייליך; ווען מען איז פרייליך פאלט אלעס אוועק. מוהרא"ש זאגט: "שמחה איז עולם החירות", דער מענטש וואס איז בשמחה - דער לעבט אין א פרייע וועלט, ער שפארט איין אלע פראבלעמען און עגמת נפש.


אז איר וועט ארבעטן אויף צו זיין פרייליך, איר וועט זוכן דאס גוטס וואס איר האט - וועט איר שוין נישט האבן קיין ווייטאג פון די עלטערן, איר וועט נישט האבן קיין פראבלעמען מיט שולע. אלע ווייטאג וועט פארשווינדן ווערן.


די פראגע איז נאר: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך; ווי אזוי פארטרייבט מען די עצבות און מרה שחורה?' דער רבי האט אסאך וועגן ווי אזוי מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות און ווערן פרייליך.


די ערשטע עצה איז אויפזוכן גוטע זאכן אין זיך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


די צווייטע עצה איז תפילה, בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל זיין פרייליך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵּל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


מוהרא"ש זאגט, די ערשטע זאך זאל מען בעטן אויף: "שמחה"; איינמאל מען איז פרייליך פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות. ווען מען איז פרייליך האט מען נישט קיין פראבלעמען, דער פרייליכער מענטש האט נישט קיין שלעכטס, ער האט נאר גוטס, ווידעראום חס ושלום ווען א מענטש איז טרויעריג, בעצבות ומרה שחורה, האט מען גארנישט.


דא האט איר א קליינע תפילה; הייבט אן מיט די תפילה און לייגט אריין אייערע אייגענע ווערטער, רעדט אייך אויס צום אייבערשטן וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ:


"רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין זייער דערביטערט און זייער צעדרוקט; מיין גאנצע לעבן איז מיר טונקל, איך האב מיט יעדן איינעם אן אנדערע פרשה, איך האב צוטון מיט מיין טאטע, איך האב נישט קיין שום טעם אין לעבן, עס איז מיר פינסטער און טונקל.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען דאס גוטס וואס איך האב; דו ביסט דאך אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר לעבן, דו געבסט מיר אזויפיל גוטע זאכן. איך בין געזונט, איך זע, איך הער און איך שמעק, איך קען רעדן און עסן, איך גיי און קום, איך קען זיך באוועגן. וויפיל איך וויל נאר פרובירן אויסרעכענען דאס גוטס - וועל איך נישט קענען, מיט דעם אלעם בין איך אזוי דערשלאגן, איך זע נאר דאס שלעכטס, איך זע נישט דאס גוטס; הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען ווי גוט דו ביסט צו מיר, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען און פארשטיין אז דו ביסט אלעס און דו טוסט אלעס, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, איך זאל וויסן אז די גאנצע וועלט איז נאר א לבוש פון דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס ביסטו אליינס. מיין טאטע, מיין מאמע, מיין שולע און מיין משפחה - אלעס ביסטו, אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פון דיר, דו ווילסט מיר ברענגען נענטער צו דיר.


איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך; העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים - אברהם, יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה, רבקה, רחל און לאה, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, בזכות זיין תלמיד רבי נתן זכותו יגן עלינו און בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#267 - מיין חבר'טע איז אנטוישט פון איר לעבן, ווי אזוי קען איך איר העלפן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, גט, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוקים, איך האב פיל הכרת הטוב פאר אייער חיזוק און עצות, עס האט מיר ממש געראטעוועט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט פאר בערך א יאר צוויי צוריק, און איך האב ברוך ה' די שענסטע גליקליכסטע לעבן וואס איך וואלט זיך נאר געקענט ווינטשן.


איך האב זייער א נאנטע חבר'טע, מיר זענען צוזאמען אסאך אריבער אלס מיידלעך, און מיר זענען זייער נאנט. מיין חבר'טע האט ברוך ה' חתונה געהאט, איר מאן באלאנגט צו א חסידות מיט אסאך חומרות ופרישות, קרום, נישט ריכטיג און נישט אידיש.


איר מאן איז זייער וואויל און תמימות'דיג און ער וויל זיך בשום אופן נישט רירן פון די הנהגות פון זיין חסידות אפילו מיט א משהו, מיין חבר'טע איז זייער צובראכן, זי איז זייער אנטוישט, זי האט עפעס אנדערש אינגאנצן ערווארטעט פון א חתונה געהאטע לעבן, און זי פילט ממש פארלוירן. זי האט שוין אלעס פרובירט און עס האט גארנישט געהאלפן.


זי רעדט זיך זייער אויס צו מיר אז ס'איז ממש געפערליך, זי קען עס מער נישט אויסהאלטן. איך פארשטיי איר זייער גוט, איך האלט אז זי איז הונדערט פראצענט גערעכט, די שאלה איז נאר וואס איך דארף איר זאגן, צי איך זאל איר איך מחזק זיין? וויאזוי דארף איך זיך באנעמען מיט דעם? און אויב דארף איך זיך טאקע שטעלן צו איר זייט? צי דארף איך איר מעודד זיין זיך צו גט'ן? איך וועל באמת שעצן אויב איך באקום אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט איר חס ושלום נישט צורעדן זיך צו גט'ן; אויב מען דארף זיך גט'ן - דאס האט מיט גרויסע רבנים, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל וואס חבר'טעס רעדן, אך און וויי פאר א פרוי וואס העצט אן זיך צו גט'ן.


איך וואונדער זיך, איר שרייבט אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון רבי'ן; ווי קען זיין א ברסלב'ע פרוי זאל פארגעסן פון תפילה?! איר דארפט זיך מחזק זיין מיט די עצה פון תפילה והתבודדות, אנשטאט איר אויפהעצן קעגן איר מאן זאלט איר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, מיר זאלן זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אויף די אייגענע שפראך; דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו זען גרויסע ישועות.


ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


עס איז א טעות וואס מאכט זיך ביי א יונגע פארפאלק, מען מיינט אז שלום בית האט מען ווען ביידע - מאן און ווייב - טראכטן אייניג, ביידע האבן די זעלבע מחשבה, די זעלבע געפילן וכו'; דער טעות הייבט זיך אן איידער מען האט חתונה, מען גייט צו די חתונה מיט א פאלשע בליק אויפ'ן לעבן, מען גרייט זיך אז מען גייט טרעפן דעם פאר און אינאיינעם האבן די זעלבע וועג, און נאך די חתונה ווערט מען אנטוישט ווען מען זעט אז מען האט נישט די זעלבע וועג; מען הייבט אן זיך טענה'ן, מען הייבט אן זיך קריגן.


דאס איז א טעות; שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן אייניג, אז ביידע טראכטן אייניג איז נישט שייך דאס ווארט "שלום", שלום איז טייטש ווען צוויי פארקערטע זאכן טרעפן זיך צאם און דאך איז מען בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


זייער אסאך גט'ן פאסירן צוליב דעם וואס מען חלומ'ט זיך אז מען גייט חתונה האבן מיט איינעם וואס גייט זיין אזוי ווי מיר, טראכטן ווי מיר, וועלן וואס איך וויל, טון וואס איך טו וכו' וכו', נאכדעם ווערט מען אנטוישט; אבער באמת איז בכלל נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן זאלן טראכטן אייניג, וועלן דאס זעלבע און האבן די זעלבע געפילן; שלום בית מיינט מען צו זאגן אז צוויי מענטשן וואס ביידע ווילן עפעס אנדערש דאך האבן זיי זיך ליב, ביידע זענען מוותר איינער פאר'ן צווייטן און זוכן דאס גוטס ביי יענעם.


זייט איר מחזק זי זאל קוקן גוט אויף איר מאן, וועלן זיי האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#266 - ווי אזוי בין איך מחזק א חבר'טע וואס איז אריבער שווערע איבערלעבענישן?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, מנוולים, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א חבר'טע וואס איך האב גערעדט מיט איר און זי האט מיך געזאגט אז זי האט זייער מורא פון מענער. איך האב איר געפרעגט אויב זי האט אפשר געהאט שווערע איבערלעבענישן וכו', האט זי מיר געזאגט אז יא. איך האב איר געפרעגט אויב ס'איז געווען איינער פון איר משפחה אדער א פרעמדער מאן, האט זי מיך נישט געוואלט זאגן.


איך האב זייער רחמנות אויף איר, איך וויל זי זאל וועלן חתונה האבן, איך וויל זי זאל קענען האבן א שיינע חתונה געהאטע אידישע לעבן.


ווען זי האט מיר דאס געזאגט, האב איך איר געזאגט אז איך וועל פרובירן איר צו העלפן און זוכן אן עצה פאר דער פראבלעם. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען איר געבן אן עצה וואס וועט איר ארויסנעמען פון איר פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א ביטערע מעשה; ליידער איז די וועלט אזוי געפאלן, מנוולים און משחיתים דרייען זיך ארום הפקר, פראנק און פריי; זיי הרג'ענען אידישע קינדער און מען נעמט זיך נישט אן פאר די בא'עולה'טע. ווען א קינד גייט אריבער א פרשה מיט א מושחת, א מנוול - איז דאס קינד א גע'שחט'ענער פאר'ן לעבן.


מען וואלט ווען געדארפט אנגרייטן קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון קראנקע מענטשן, זיי אנגרייטן ווען זיי זענען יונג, ריין און הייליג, זיי זאלן וויסן נישט אנצוקומען אין די רוצח'ישע הענט; די גרעסטע צרה איז אז אויב רעדט מען צו קינדער פון זיך היטן פון מנוולים שרייט מען: "מען טאר נישט רעדן פון דעם"; געוואלד און געשריגן! ווי קען מען זיין אזוי נאריש צו זאגן אז מען טאר נישט אנגרייטן קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון מנוולים, משחיתים?!


אייער חבר'טע איז אין א ביטערע צרה, די שאלה איז אויב זי וויל זיך העלפן; פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין, מען דארף אבער וועלן ארויסגיין דערפון, אויב זי וויל ארויסגיין פון דעם וועט זי מצליח זיין.


דעם רבינ'ס עצות איז א היילונג פאר אלע מחלות וחלאים רעים; די עצה פון התבודדות איז אזוי שטארק און וואונדערליך, עס טוישט די טבע, עס טוישט נאטור. אז מען נעמט דאס ערנסט, מען איז זיך מתבודד יעדן טאג, מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען איז אריבער, מען שמועסט מיט אים כדבר איש אל רעהו אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטן פריינט, דאן טוישט זיך אלעס, מען קריכט אינגאנצן ארויס פונעם פראבלעם.


אז אייער חבר'טע האט אייך דערציילט וואס זי איז אריבער איז דאס מן השמים איר זאלט רעדן מיט איר, איר מחזק זיין; דערציילט איר פון רבי'ן, זאגט איר אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איינעם און קען יעדן איינעם העלפן. זאגט איר די עצה פון התבודדות, זי זאל גיין אין איר צימער, פארמאכן די טיר, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן, ער זאל ארויסנעמען די שלעכטע זאכן פון איר מח, זי זאל קענען אנהייבן דאס לעבן פון ניי.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז דבוק צו הייליגע צדיקים, ער האט אמונת חכמים, ער גלייבט זייערע ווערטער און איז מקיים בתמימות ובפשיטות וואס זיי זאגן; דורכדעם וועט ער ארויסגיין פון אלע שלעכטס און אנקומען צו די גרעסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#265 - וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען שוין חתונה געהאט כמעט דריי יאר, און מיר האבן נאכנישט קיין קינדער, וואס זאלן מיר טון?


אויך וויל איך וויסן צי מיר זאלן גיין צו עפעס א פרוי וואס זי ארבעט מיט נאטורליכע מיטלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט שרה אמינו געטון צו האבן קינדער? וואס האבן יצחק און רבקה געטון ווען זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער? וואס האבן רחל און לאה געטון זיי זאלן האבן קינדער? וואס האט חנה געטון זוכה זיין צו קינדער? די אלע האבן געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי האבן זיי זוכה געווען צו קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא האט דערציילט: "איך בין אמאל געווען אונטערוועגנס און א מענטש האט מיר געפרעגט א שטארקע קשיא, פארוואס זעען מיר אסאך ערליכע משפחות האבן נישט קיין קינדער? 'אָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָם כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ רַחֲמִים לְפָנָיו', האב איך אים געענטפערט: ווייל דער אייבערשטער האט זיי זייער שטארק ליב און ער פרייט זיך מיט זיי, דערפאר מאכט ער אז זיי זאלן נישט האבן גלייך קינדער, אזוי וועלן זיי אסאך בעטן דעם אייבערשטן, 'וְתֵדַע לְךָ שֶׁכֵּן הוּא', א ראי' האסטו פון אברהם אבינו און שרה אמנו, זיי האבן געווארט לאנגע יארן אויף קינדער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן געבוירן יצחק, אזוי אויך יצחק אבינו און רבקה אמינו האבן געווארט צוואנציג יאר אויף קינדער, זיי האבן אסאך געדאוונט צום אייבערשטן ביז זיי האבן געבוירן יעקב, רחל אמינו האט געווארט פערצן יאר אויף קינדער, זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן, אויך זעט מען ביי חנה - די מאמע פון שמואל הנביא וואס זי האט אויך געווארט אסאך יארן אויף קינדער און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן שמואל הנביא, 'אֶלָּא עַל כָּרְחֲךָ צָרִיךְ אַתָּה לִתְּפוֹס בְּיָדְךָ מִידָה הָרִאשׁוֹנָה שֶׁאָמַרְתִּי לְךָ מִתְּחִלָּה, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו'"; זעט מען פון דעם אז דאס וואס מען זעט אז א מענטש ווארט לאנג אויף קינדער, איז ווייל דער אייבערשטער ווארט צו הערן זייער קול, אז מען בעט אים דערויף.


אויב איר ווערט נישט בארואיגט פון דעם, איר שפירט אז איר דארפט יא עפעס טון, קענט איר גיין צו א דאקטער, אבער געבט אכטונג פון די וואס פארפירן מענטשן מיט נאטירליכע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#264 - כ'האב צופיל צו בעטן דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען מען אלעס בעטן?
סבלנות, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער בחור, פארגאנגענע יאר האבן מיר געהאט די זכות אז מיין משפחה זאל מקורב ווערן צו היכל הקודש, און דאס האט אונז געגעבן א נייע לעבן, ספעציעל די זאך פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס איז ממש די גרעסטע ישועה.


איך האב אבער א פראבלעם אז ווען איך הויב רעדן צום אייבערשטן, קומט מיר גלייך אריין אין קאפ א לאנגע ליסטע פון זאכן אויף וואס איך דארף בעטן, איך וויל בעטן אויף אלעס, אבער ס'ווערט שוין צו סאך און לאנג און איך פארליר די אפעטיט.


פון איין זייט וויל איך בעטן אויף אלעס, ווייל אן תפלה באקומט מען גארנישט, פון די אנדערע זייט איז עס אבער צו סאך און לאנג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט דערשראקן, נעם נישט קיין פרעשור פון התבודדות; מאך זיך א "תפילה צעטל", זיי זיך מסדר אלעס וואס דו ווילסט בעטן דעם אייבערשטן, און ווען דו וועסט האבן אפאר מינוט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן לויט דעם סדר, אזוי וועסטו נישט ווערן מבולבל.


געווענליך מאכט מען זיך א צעטל, מען שרייבט אראפ זאכן וואס מען דארף מסדר זיין במשך דעם טאג; אז נישט, מאכט זיך אז מען פארגעסט גאר וויכטיגע זאכן, מען נעמט דעם צעטל אפאר מאל א טאג זיך צו דערמאנען וואס מען דארף אלץ טון, וואס דארף אלץ ווערן ערלעדיגט; אזוי דארף מען טון מיט תפילה. מען מאכט זיך א "תפילה צעטל", מען איז מסדר קלאר און דייטליך וואס מען דארף אלץ ערלעדיגן, וואס מען וויל אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן, אזוי אויך שלעכטע נאטורן וואס מען וויל טוישן און נישט גוטע זאכן וואס דער יצר הרע מאכט מען זאל וועלן און גליסטן, דאס אלעס שרייבט מען אראפ אין ראשי פרקים, אזוי קען מען רעדן צום אייבערשטן מיט א סדר.


בעיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, ווייל דער פרייליכער מענטש האט שוין סיי ווי אלצדינג, אלע פראבלעמען זענען דא ווילאנג מען איז נישט פרייליך; ווייל ווען מען איז פרייליך, מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס - דעמאלט פעלט גארנישט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "כָּל מִינֵי צַעַר וְכָל הַיִּסּוּרִים אֵינָם רַק מֵחֶסְרוֹן הַדַּעַת", אלע צרות און אלע יסורים איז נאר ווען מען האט נישט קיין אמונה, "כִּי מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ דַּעַת וְיוֹדֵעַ שֶׁהַכּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין לוֹ שׁוּם יִסּוּרִין, וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ שׁוּם צַעַר", ווען מען האט אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים, דעמאלט איז נישטא קיין יסורים און קיין שום צער, אפילו די צער און יסורים וואס מען האט ווען מען איז קראנק, זאגט דער רבי - "אַף עַל פִּי כֵן הַיִּסּוּרִים קַלִּים מְאֹד וְנוֹחִים לְהִתְקַבֵּל", עס איז גרינגער די יסורים, מען קען עס גרינגער פארטראגן, "בְּעֵת שֶׁיּוֹדֵעַ בְּדַעַת בָּרוּר שֶׁהַכֹּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס מיט א פונקטליכער חשבון.


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף די נקודה; דו זאלסט זיין פרייליך, דו זאלסט נישט פארגעסן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#263 - וואס קען איך טון צו קענען לעבן געהעריג מיט מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חסידישער אינגערמאן, און איך האב ב"ה א גוטע און וואוילע ווייב, אבער זייט מיין חתונה מוטשען מיר זיך שוין אז זי קען נישט לעבן מיט מיר געהעריג צוזאמען. מען האט מיר גלייך נאך די חתונה צוגערעדט איך זאל זיך גט'ן, איך האב אבער באשלאסן אז איך וועל דאס נישט טון, נאר איך וועל פרובירן מיט אלע כוחות עס צו מאכן ארבעטן.


זי קומט פון א צעבראכענע משפחה, און זי איז געטשעפעט געווארן דורך א ברודער א מנוול, און דאס האט צעשטערט איר לעבן. מיט די יארן איז עס געווארן אביסל בעסער, אבער מיר ליידן נאך אסאך פון דעם. זי נעמט מעדעצינען און מיר זענען געגאנגען צו טערעפי, ס'האט אבער נישט צופיל געהאלפן, איז דא נאך עפעס וואס מיר קענען טון דערצו? זי איז א גוטע ווייב וואס פרובירט דאס בעסטע וואס זי קען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע עצה איז תפילה, בעט דעם אייבערשטן זי זאל פארגעסן פון איר עבר, זי זאל ווערן א נייע מענטש; ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


אויב דו ווילסטו באמת העלפן דיין ווייב - זאלסטו איר אויפבויען, איר שטענדיג אויסרימען און געבן גוטע ווערטער, ביז זי וועט ווערן א געזונטע מענטש.


הער אויף מיט די אלטע ווערטער, איר קלאפן און איר שוואך מאכן אז זי איז א פראבלעם, אז זי איז נישט געזונט; פון הערן אז מען איז נישט געזונט, פון דעם אליינס ווערט מען נישט געזונט. הייב איר אויף מיט גוטע ווערטער, ווער נישט מיד פון געבן גוטע ווערטער. דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו וועסט טאקע האלטן פון איר; זוך אין איר גוטס, זוך אין איר רחמנות - וועסטו זען אן אנדערע בילד, אזוי וועסטו איר קענען אויסהיילן.


וויסן זאלסטו, מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען יעדן איינעם אויסהיילן. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג) די מעשה פונעם קעניג דער אכזר וואס האט געהייסן שיסן אלע צען פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע צען סמ'ען אינעם בת מלכה, מען האט אזוי געטון, מען האט אין איר אריין געשאסן אלע סארט פיילן באשמירט מיט אלע סמ'ען ביז די בת מלכה איז געפאלן חלשות; דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל וואס דער מלך האכזר, דער סמ"ך מ"ם זוכט איר צו פארכאפן און ווען ער זעט אז עס גייט נישט שיסט ער אריין אין איר אלע סארט פיילן, דאס מיינט ער ווארפט אראפ דעם איד אין אלע צען טומאות רחמנא לצלן ביז דער איד פאלט חלשות, "און איך" - האט דער רבי געזאגט - "הייל זי, איך האב די כח ארויס צו נעמען דעם איד פון אלע סארט טומאות, פון אלע בלאטעס".


פארשטייט זיך עס גייט נישט אין איין מינוט, אויפבויען נעמט צייט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; ווען דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער און איר אויפבויען וועסטו נאך נישט זען קיין ענדערונג, אבער מיט אסאך געדולד וועסטו עס מאכן, דו וועסט איר אינגאנצן אויסהיילן.


איך האב שוין בייגעוואוינט ביי אסאך פעלער, וואס מען האט געהאט די פראבלעם וואס דו האסט; די ווייב האט נישט געוואלט האבן מיט'ן מאן השם ישמרינו און זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט תירוצים וכו', און מיט סבלנות און מיט דעם רבינ'ס עצות פון זוכן גוטס און אויפבויען האט זיך אלעס איבערגעדרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#262 - בעסער רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, אדער ענדערש אינדערהיים?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס זענען מיר מחי', איך פרוביר יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן, איך האב באשטימט פאר דעם א שעה יעדן טאג אין א צימער.


לעצנס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אינדרויסן נאנט צו א פעלד, האב איך באשלאסן צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, וואס האט דאך די מעלות וואס דער רבי זאגט אז מ'איז צווישן די גראזן, און ס'איז דא ווייניגער שטערונגען. דער פראבלעם איז אבער אז אנקומענדיג אהין האב איך נישט געהאט קיין ישוב הדעת, יעדעס קול פון א בלעטל האט מיר זייער דערשראקן אז אפשר קומען ווילדע חיות צו מיר, אבער פון די אנדערע זייט האב איך דארט געהאט מער אמת'ע דיבורים ווי ביי מיר אינדערהיים אדער אין אן אנדערע צימער. וויל איך וויסן וואס איז ענדערש צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס אין אנהייב; מען ווערט געשטערט פון יעדע גערודער, ווען מען הערט א בלעטל זיך שאקלען מיינט מען א חי' קומט און ווען די ווינט בלאזט מיינט מען רוצחים קומען, וכדומה; אבער אז מען שטארקט זיך, מען פאלגט דעם רבי'ן מיט עקשנות - זעט מען אז אלעס איז דמיונות, די גערודער איז פון בלעטלעך און פון דער ווינט, מען האט נישט מורא פון די זאכן.


דו פרעגסט וואס איז בעסער; ביידע איז בעסער. מען דארף ביידע, מען דארף גיין אין פעלד, אויב איז שייך צו גיין אין פעלדער און וועלדער - איז נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְגַם צְרִיכִין שֶׁיִּהְיֶה הַהִתְבּוֹדְדוּת בְּמָקוֹם מְיֻחָד דְּהַיְנוּ חוּץ מֵהָעִיר בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", מען זאל זיך גיין מתבודד זיין אינדרויסן פון שטאט, אין א פלאץ וואו קיינער גייט נישט, "כִּי בְּמָקוֹם שֶׁהוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם בַּיּוֹם, הָרוֹדְפִים אַחַר הָעוֹלָם הַזֶּה", ווייל אין א פלאץ וואו מענטשן גייען, אין א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך בייטאג, מענטשן וואס זענען אריין געטון אין וועלט זאכן, "אַף עַל פִּי שֶׁכָּעֵת אֵינָם הוֹלְכִים שָׁם, הוּא מְבַלְבֵּל גַּם כֵּן הַהִתְבּוֹדְדוּת", וועט דאס שטערן מען זאל זיך נישט קענען מתבודד זיין, אפילו יעצט איז קיינער נישט דארט - דאך איז דער פלאץ נישט מסוגל פאר התבודדות, "וְאֵינוֹ יָכוֹל לְהִתְבַּטֵּל וּלְהִכָּלֵל בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען קען זיך נישט אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, "עַל כֵּן צָרִיךְ שֶׁיֵּלֵךְ לְבַדּוֹ בַּלַּיְלָה בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין שָׁם אָדָם וְשָׁם יֵלֵךְ וְיִתְבּוֹדֵד וִיפַנֶּה לִבּוֹ וְדַעְתּוֹ מִכָּל עִסְקֵי עוֹלָם הַזֶּה וִיבַטֵּל הַכֹּל, עַד שֶׁיִּזְכֶּה לִבְחִינַת בִּיטּוּל בֶּאֱמֶת", דערפאר זאגט דער רבי, דארף מען גיין אין א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, נישט בייטאג און נישט ביינאכט, און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן ביז מען וועט אנקומען צו ווערן אינגאנצן בטל צום אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיין שטארק מיט'ן רעדן צום אייבערשטן וואו אימער; ווארט נישט צו גיין אין פעלד, ווארט נישט צו רעדן צום אייבערשטן ווען דו וועסט האבן א שטילע פלאץ, הייב אן רעדן דארט וואו דו געפונסט זיך. דו ווייסט דאך די מעשה (פעלת הצדיק, סימן שצד), ווען דער רבי האט זיך אריבער געצויגן קיין ברסלב האט דער רבי געפרעגט איינעם צי עס איז דא א גוטע פלאץ פאר התבודדות, וואו מען קען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז דא זייער א גוטע פלאץ ביים עק שטאט, א שיינער הייל, אבער עס איז זייער ווייט אהין צו גיין, האט דער רבי געזאגט: "ווייט? ווי ווייט איז פון מויל ביז צום הארץ?" דער רבי האט געוואלט ארויס ברענגען אז מען קען שוין אנהויבן רעדן צום אייבערשטן פונעם ערשטן טריט וואס מען גייט אהין, און אזוי אויך צוריק; דערפאר האט דער רבי געפרעגט 'וואס איז שייך צו זאגן ווייט? ווי ווייט איז פונעם מויל ביז'ן הארץ'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#261 - ווי אזוי נעמט מען דעם קערפער פאר א וועגווייזער?
חינוך הילדים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, א מאמע פון קינדער, און איך נוץ מיין קערפער פאר מיין וועג ווייזער, ווען איך לייג זיך אריין אין מיין קערפער קען איך וויסן וואו איך האלט אויף דער וועלט ברוחניות און בגשמיות, און איך קען שפירן ווען עפעס איז יא גערעכט אדער נישט גערעכט.


אלס מיידל האב איך דאס נישט געקענט טון אזוי גוט, ווייל ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין מיין קערפער האב איך נישט געוואוסט געהעריג ווי אזוי עס צו באלאנצירן. יעצט אז איך בין שוין א מאמע פון טעכטער, האב איך זייער געוואלט אז מיינע טעכטער זאלן אויפוואקסן מיט די מתנה פון זייער קערפער, אבער זיי זאלן יא זיין באלאנצירט, זיי זאלן נישט שפירן ווי זיי זענען האלב און ווערן קלעבעדיג צו סיי וואס.


מיין שאלה איז אויב ס'איז דא א וועג פאר א מיידל זיך אויך צו קענען אריינלייגן אין איר קערפער, אדער קען מען דאס טון נאר נאך די חתונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט, איך ווייס נישט אויב איר פארשטייט יא וואס איר שרייבט.


אידישע קינדער האבן א וועג ווייזער - די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה א, א) אויפ'ן פסוק (משלי ח, ל): "וָאֶהְיֶה אֶצְלוֹ אָמוֹן וָאֶהְיֶה שַׁעֲשֻׁעִים יוֹם יוֹם", ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באשאפן די וועלט האט ער גענומען די תורה און געקוקט אין די תורה, אזוי ווי אן ארכיטעקט וואס גייט בויען א בנין נעמט ער אפיר דעם בלו-פרינט און קוקט דערין ווי אזוי צו בויען, "כַּךְ הָיָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַבִּיט בַּתּוֹרָה וּבוֹרֵא אֶת הָעוֹלָם", אזוי האט דער אייבערשטער געטון, ער האט געקוקט אין די תורה און אזוי באשאפן די וועלט.


א איד פירט זיך ווי די תורה זאגט מען זאל זיך פירן; דאס איז אונזער אורים ותמים, דאס איז אונזער וועג ווייזער. מוהרא"ש דערציילט פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט אויב היינטיגע טעג איז דא די אורים ותומים, האט ער געזאגט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


וואס האבן אונזערע עלטערן געטון ווען זיי האבן געוואלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן? וואס האבן די צדיקים פון אלע דורות געטון ווען זיי האבן נישט געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן? זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "'אתה חונן לאדם דעת', דו רבונו של עולם געבסט שכל פאר אלע מענטשן, 'ומלמד לאנוש בינה, דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר רבונו של עולם, 'חננו מאתך חכמה בינה ודעת', געב מיר שכל איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


אז איר ווילט געבן א גוטע וועג פאר אייערע טעכטער ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן, לערנט זיי אויס די עצה וואס דער רבי האט אונז געלערנט, לערנט זיי אויס אז ווען זיי ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלן זיי דאס איבער רעדן מיט'ן אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתבודד זיין; רעדן צום אייבערשטן אויף זייער אייגענע שפראך און פרעגן דעם אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, דורכדעם וועלן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי זאלן זיי טון אין יעדע פרט אין לעבן, ווען מען ווייסט נישט וואס צו טון אדער מען דארף א ישועה.


אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט איר פטור ווערן פון אלע אייערע דמיונות.