שאלה אין קורצן ענין
#822 - ווי אזוי מאכט מען אז אלע קינדער אין קלאס זאלן זיך שפירן אייניג?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א שיינע פאר יאר א מלמד פאר עלטערע קינדער, אבער זייט איך הער די שיעורים האט זיך אלעס געטוישט. מען קען נישט גענוג מסביר זיין ווען מ'לערנט מיט קינדער מיט די הקדמות אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אויס א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך דארף אן עצה ווי אזוי צו מאכן א געשמאקע לופט אין קלאס, אז אלע קינדער זאלן זיך שפירן אייניג. ליידער איז דא היינט אזא זאך אז מ'טיילט איין די קינדער וועט ס'איז פון די בעסערע, ווער ס'איז פון די שוואכערע, און ווער איז נאך שוואכער. איך וויל דאס זייער נישט טון, אבער למעשה איז דאך דא קינדער וואס איך דארף זיי זאגן אז איך בין צופרידן בלויז ווען זיי קענען די גמרא, און אנדערע קינדער דארף קענען אויך די תוספות וכדומה. ווי אזוי קען איך מאכן אז פון דעסט וועגן זאלן אלע קינדער זיך שפירן אייניג?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א מלמד דרדקי; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט אויבן אין הימל פון מלמדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט. ווייל א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


דער עיקר זאלסטו אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים; דערצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן וועלן אויסוואקסן צדיקים. עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנז'ער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


אויף דיין פראגע ווי אזוי מען מאכט די קינדער זאלן שפירן אייניג; דאס ווענדט זיך אינעם מלמד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט, איינער צייכנט זיך אויס אין לערנען, א צווייטער צייכנט זיך אויס אין גוטע מידות, א דריטער האט א שטארקע דרך ארץ און דער פערטער האט זייער אסאך יראת שמים. און די ארבעט פונעם מלמד איז, ארויס צו ברענגען דאס גוטס פון יעדע תלמיד; אפילו דער קינד וואס פארשטייט נישט גמרא פרש"י ותוספות, דארף מען אויסרומען מיט זיין נקודה. ווען מען זעט א גוטע נקודה ביי דעם קינד מאכט מען פון דעם אן עסק, מען בויט אים אויף דורך דעם וואס מען ברענגט ארויס דאס גרויסקייט און חשיבות פון זיין גוטע זאך וואס ער פארמאגט.


אז דו וועסט קוקן גוט אויף אלע קינדער, דו וועסט זוכן אין זיי גוטע זאכן - וועלן זיי אלע זיין פרייליך, זיי וועלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#821 - מעג א פרוי זיך שיין אהערשטעלן פאר'ן מאן אינדערהיים?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך נסיונות, מיין ווייב איז נישט אזוי שיין, און איך בעט איר אלץ אז ווען איך קום אהיים זאל זי זיך שיין אהערשטעלן פאר מיר, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן. איך מיין אבער אז דאס וועט מיר העלפן אז איך זאל נישט האבן קיין נסיונות אויפ'ן גאס. וואס איז די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע וועג אין דעם ענין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן דיר און דיין ווייב וועט זיך אלעס טוישן, בעט דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל האבן חן אין דיינע אויגן וועט זי באקומען חן אין דיינע אויגן.


אויף אלעס דארף מען בעטן דעם אייבערשטן; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז די ווייב זאל זיין שיין, אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:): דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר, זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער; זעט מען פון דעם אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן מאן און ווייב, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן די ווייב זאל האבן חן, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.


א פרוי מעג זיך שיין מאכן פאר'ן מאן; נישט נאר זי מעג, נאר עס איז א מצוה פאר איר, ווייל מיט דעם היט זי אפ איר מאן פון עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כג:) די חכמים האבן געזען ווי די ווייב פון אבא חלקיה - אן אייניקל פון חוני המעגל - גייט אנגעטון מיט שיינע צירונגען אויפ'ן גאס, האבן זיי אים געפרעגט: "פארוואס גייט דיין ווייב אנגעטון מיט צירונגען אויפ'ן גאס?" האט ער זיי געענטפערט: "כְּדֵי שֶׁלֹּא אֶתֵּן עֵינַי בְּאִשָּׁה אַחֶרֶת", זי היט מיר אפ איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע פרויען, זעט מען פון דעם אז א פרוי דארף זיך שיין מאכן פאר'ן מאן.


געב אכטונג צו רעדן שיין צו דיין ווייב; רעד צו איר מיט דרך ארץ וועט זי טון דיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#820 - וואס טו איך אז קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים?
שידוכים, יבנאל, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, אבער איך לערן ביי אייך אין ישיבה, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך פרוביר זיך צו שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. איך האב געקויפט דעם נייעם ספר "עצתו אמונה" און ווען איך שפיר זיך צובראכן עפן איך דעם ספר און איך זאג די ווערטער, און באקום דארט אסאך חיזוק.


איך וויל האבן א סדר היום ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך. איך בין שוין קרוב צו די צוואנציג יאר, אבער איך שפיר זיך ווי א יונגער בחור, קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים, און בין זייער צעבראכן פון דעם. איך בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל אנקומען.


אויך טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא דא קיין חבורת היכל הקודש, אז בחורים און אינגעלייט זאלן זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם. אזויפיל בחורים ווארטן אויף דעם זיך צו קענען שטארקן אינאיינעם מיט די דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס מען טראגט דיר נישט אן קיין שידוכים, עס זעט דיר אויס ווי דו וועסט בלייבן אליינס חס ושלום; גלייב אינעם אייבערשטן אז עס איז דא פאר דיר א שידוך.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג פאר דיר, עס זאגט זיך גרינג: "שטארק זיך", אבער ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, מען שפירט ווי קיינער פארשטייט מיר נישט? ווייל קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף די וועלט ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט, די עצה פון "התבודדות". זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פאר'ן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענער מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים און טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג.

#819 - וועלכע קאלירן פון קליידער איז נישט צניעות'דיג?
צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, און ספעציעל פאר די שכל וואס ליגט אין די בריוו פון עצתו אמונה, דאס איז ממש מיין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה אין צניעות וואס איך בין קיינמאל נישט געווען קלאר אין דעם. וואס איז די מקור פון נישט גיין אנגעטון רויט, איז עס אן הלכה, א מנהג? און וואס איז לגבי קינדער אונטער דריי יאר, מעגן זיי יא גיין מיט רויט? און וואס איז מיט אינגלעך? און וואס איז מיט אלע קאלירן וואס זענען 'נישט ממש' רויט ווי: ראסט, בורגענדי, מעראָן, האט פינק, וכדומה? אסאך מאל איז דער קלייד אן אנדערע קאליר נאר מיט א קליינע דעזיין אדער א ליין, און אזוי ווייטער, איז דאס א פראבלעם?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער מקור פון נישט גיין אין רויט ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן קעח, סעיף א) אז מען זאל נישט גיין מיט רויטע קליידער אלץ (ויקרא יח, ג): "וּבְחֻקֹּתֵיהֶם לֹא תֵלֵכוּ", מען זאל נישט זיין גלייך צו די אומות העולם. אויך געפונען מיר (ברכות כ.) אז רב אדא בר אהבה האט געזען א פרוי אין גאס מיט א רויטע קלייד האט ער עס אראפגעריסן פון איר ווייל עס איז א פריצות פאר א פרוי צו גיין מיט דעם, נאכדעם האט ער געזען אז די פרוי איז נישט געווען א אידישע, נאר א גוי'שע פרוי און ער האט געדארפט באצלן געלט פאר די פרוי פאר'ן איר פארשעמען. זעט מען פון דעם אז א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט גוי'שע קליידער.


אנדערע קאלירן איז נישט קיין פראבלעם, אבער מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט זיין שרייעדיג און אויפפאלנד.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל אין צניעות; איר זאלט זען דאס שיינקייט פון גיין אנגעטון איידל. איר זאלט וויסן אויף יעדע קלייד און יעדע מלבוש אויב עס איז איידל און צי איר זאלט גיין דערמיט, וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפ'ן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן - "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית, שֶׁהִיא צְנוּעָה", בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", וועט זי האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#818 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א מחלוקת?
כיבוד אב ואם, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי שוואגערס וואס זענען געווען שותפים אין א ביזנעס און זיי האבן זיך צום סוף צעקריגט אויף זייער א שווערע פארנעם, מ'זיצט אסאך ביי דין תורה'ס און מ'רעדט זייער אסאך איינער אויפ'ן צווייטן. איך בין געווארן אריינגעמישט אינדערמיט קעגן מיין ווילן, ווייל מיין טאטע שיקט מיט מיר מעסעדזשעס צו מיין שווער, און מיין שווער שיקט אויף צוריק, און ביידע שוואגערס זענען ברוגז אויף מיר ווייל יעדער האלט אז איך העלף די אנדערע זייט. און אזוי ווער איך צוריסן פון ביידע זייטן. ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון אזא פלאנטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון פראבלעמען; נעם דיר די ווערטער פאר דיין וועג ווייזער אין לעבן, זאלסט אנטלויפן פון פראבלעמען.


אז דיין משפחה איז פארמישט מיט מחלוקות, וואס דארפסטו אריין שטעקן דיין קאפ צווישן זיי? ביים סוף וועסטו ליידן מער פון אלעמען ווייל מען וועט דיר נעמען פאר'ן כפרה הינדל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, ווען פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, ער האט געזען ווי צוויי בלינדע מענטשן קריגן זיך, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי ביידע גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז ווען מען קריגט זיך זאל מען אנטלויפן פון דארט, נישט צו האבן צוטון מיט די מחלוקה.


זאלסט נישט טראגן און ברענגען שלעכטס פון איינער צום צווייטן; אז דיין טאטע הייסט דיר זאגן דאס און יענץ מיינט נישט אז דו דארפסט דאס טון, דאס איז נישט כיבוד אב; מען הערט אויס וואס דער טאטע זאגט, מען ענטפערט נישט און מען טראגט נישט ווייטער.


כיבוד אב ואם איז נישט דאס, נישט יעדע זאך דארף מען טון וכו'; כיבוד אב ואם איז אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב. אז דו וועסט בויען א שיינע שטוב, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, און מחנך זיין דיינע קינדער - דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט שטיין ווייט פון מחלוקת.

#817 - מעג מען לערנען פאר'ן גיין אין מקוה?
מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס איז די הלכה וועגן זאגן תהלים, ברכות התורה, לערנען תורה, און אזוי ווייטער, פאר'ן גיין אין מקוה, פארשטייט זיך ווען ס'איז נוגע און מ'דארף גיין אין מקוה.


איך האב ליב צו לערנען פארטאגס אינדערהיים, ווען די קינדער שלאפן נאך און ווען זיי שטייען אויף, און ס'איז מיר שווער צו גיין אין מקוה און נאכדעם צוריק אהיימגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען זיין נשמה אויבן אין הימל. מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


אויב מען האט א מקוה איז זיכער עס איז כדאי צו גיין אין מקוה פאר'ן לערנען און זאגן תהילים. ווען דו וואלסט געוויסט דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ווען מען גייט אין מקוה וואלסטו זיכער די ערשטע זאך געטון, געלאפן אין מקוה. קוק וואס דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו שרייבט (פרשת אמור) אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט.


אויב מען האט נישט קיין מקוה דעמאלט קען מען זיך מטהר זיין מיט תשעה קבין (פארשטייט זיך נאר טבילת עזרא) נישט מבטל צו זיין תורה ותפילה, אבער אז מען האט א מקוה איז זיכער מען זאל גיין ווי שנעלער זיך טובל'ן אראפ צו נעמען אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#816 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער זיך צו היטן די אויגן?
חינוך הילדים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח אויף די געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען אונז שטענדיג מחזק.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז מ'דארף אנזאגן די קינדער זיך צו היטן די הענט, נישט צורירן וואו מ'טאר נישט. וויל איך וויסן אויב מ'דארף זיי אויך זאגן דאס וואס שטייט אין שלחן ערוך אז חסידים הראשונים האבן זיך אויך געהיטן די אויגן, און נישט געקוקט דארט וואו מ'טאר נישט? אדער איז דאס נאר פאר בעלי מדריגה?


בכלל וויל איך וויסן אויב ערוואקסענע מענטשן דארפן זיך אויך אזוי פירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו לערנען דיינע קינדער זיי זאלן זיך פירן ווי די הייליגע צדיקים, זיך היטן די אויגן; וועלן זיי אויך אויסוואקסן גרויסע צדיקים. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:) מען האט געפרעגט רבי, "פארוואס האסטו זוכה געווען מען זאל דיר רופן רבינו הקדוש?" האט ער געענטפערט, "מִיָּמַי לֹא נִסְתַּכַּלְתִּי בַּמִילָה שֶׁלִּי", איך האב זיך געהיטן מיינע אויגן, איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף די מקום המילה, דעריבער רופט מען מיר מיט דעם טיטל רבינו הקדוש; זעט מען פון דעם אז דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן איז מען איז זוכה צו ווערן הייליג.


בפרט ווען דו נעמסט דיינע קינדער אין מקוה זאלסטו זיי אויסלערנען מידת הצניעות. זיי זאלן זיך היטן די אויגן, זיי זאלן שטיין אויסגעדרייט צום וואנט בצניעות. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט בפירוש אז מען טאר נישט קוקן, דאס איז נישט קיין מידות חסידות, דאס איז אן איסור. אזוי ווי מיר געפונען (זוהר הקדוש פרשת בשלח, דף סו:): "אָסוּר לְאִסְתַּכְּלָא בַּקֶּשֶׁת", מען טאר נישט קוקן אויפ'ן אות הברית; נאך זאגט דער זוהר הקדוש אין פרשת קדושים (פד:): "אָסִיר לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִסְתַּכְּלָא בְּאָת קַיָּימָא דִּילֵיהּ", עס איז אסור פאר'ן מענטש צו קוקן אויפ'ן אות הברית; זאלסטו צוגעוואוינען דיינע קינדער פון קליינווייז אן זיי זאלן זיין הייליג און ריין.


וואויל איז דעם וואס היט זיינע קינדער פון יונגווייז אן, וועט ער זוכה זיין צו קינדער צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#815 - איז דא א וועג ארויס פון מיינע עבירות?
קדושה, תשובה, עבירות, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין חתונה געהאט ב"ה, אבער איך ליג טיף אין די ערגסטע עבירות, איך בין צוגעבינדען צום אינטערנעט, דארט טרעף איך זיך מיט אלע שלעכטס אויף דער וועלט, און איך האב שייכות מיט פרעמדע פרויען. איז דא עפעס א וועג ארויס פון דעם, האט איר עפעס עצות און חיזוק אין דעם ענין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויי און ביטער איז דיר אז דו האסט שייכות מיט פרעמדע פרויען, דו האסט חתונה געהאט און דו באהאלטסט זיך מיט עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, "חוּץ מִן הַזְּנוּת", אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


זאלסט נישט מיינען אז מען קען זיך באהאלטן מיט עבירות וכו'; מען קען גיין מיט פרעמדע פרויען וכו' רחמנא לצלן - און דאס וועט בלייבן א סוד, ווייל דער פסוק זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען', אזוי מיינט מען, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" (ירמיהו כג, כד), דער אייבערשטער זאגט: ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל!


האק אפ אלע קשרים וואס דו האסט מיט עבירות; אפילו זיי שרייבן דיר און רופן דיר אן זאלסטו זיי נישט ענטפערן. טויש דיין נומער און פארמאך אלע דיינע סאושעל מידיע אקאונטס, דו זאלסט נישט האבן מער צו טון מיט'ן שטן.


אז דו וועסט תשובה טון וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין, אבער אז דו וועסט ווייטער האבן שייכות מיט פרעמדע וכו' השם ישמרינו - וועסטו אלעס פארלירן. דו וועסט פארשעמט ווערן ביי אלע דיינע חברים, דיין משפחה וועט נישט וועלן האבן מיט דיר, אפגערעדט דיין ווייב וועט גלייך נעמען א גט, און די קינדער וועלן נישט וועלן קוקן אויף דיר, דו וועסטו זיך ארום דרייען פארוואגלט דיין גאנץ לעבן.


האב שכל פאר דו וועסט חרטה האבן און עס וועט זיין אביסל שפעט.

#814 - וואס טוט מען ווען מ'ווערט נישט געהאלפן דורך תפלה?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א אז די איינציגסטע עצה אויף יעדע זאך איז נאר תפלה. איך וויסן אויב ס'איז טאקע ממש אזוי, ווייל איך האב געהערט אמאל דרשות פון מגידים אז מ'קען בעטן דעם אייבערשטן אבער אויב באקומט מען נישט וואס מ'האט געבעטן, מיינט דאס אז דער אייבערשטער האט געענטפערט "ניין" אויף די תפלה, ווייל דער אייבערשטער ווייסט אז ס'איז נישט גוט איך זאל באקומען יענע זאך.


ווי אזוי קען איך טאקע וויסן וואס דער אייבערשטער ענטפערט מיר? אסאך מאל בעט איך א זאך און איך זע אז איך באקום עס נישט, ווי אזוי קען איך וויסן אויב דער אייבערשטער וויל מיר נישט געבן די זאך, אדער דארף איך פשוט נאך ווייטער בעטן און בעטן ביז דער אייבערשטער וועט מיר געבן וואס איך דארף.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. דער רבי טייטשט אויס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, "הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער סיי וועלכע אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה", ווייל דאס איז אזוי ווי דו גנב'עסט מיט דיינע תפילות, "רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט אויף צו געבן, ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויס צו ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן, און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#813 - וואס זענען די מנהגים ביים אפשערן א אינגל?
מנהגים, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גרייט זיך ב"ה צום אפשערן פון מיין אינגעלע, אים צו מאכן פיאות, וויל איך פרעגן אויב ס'איז דא געוויסע מנהגים וואס מ'דארף זיך פירן אין דעם טאג, פאר'ן אינגל און פאר די עלטערן.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו גייסט מאכן הייליגע פיאות פאר דיין קינד, פיאות איז דער יסוד פון א איד.


קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


מען פירט זיך אז דאס קינד זאל נישט קוקן אויף קיין גוים אינעם טאג וואס ער ווערט דריי יאר, דערפאר ווען מען טראגט אים ארויס פון שטוב צו גיין אין חדר וויקלט מען אים ארום מיט א טלית, כדי ער זאל נישט קוקן אויף קיין גוים.


מען פירט זיך צו גיין אין חדר; דער מלמד זאגט מיט'ן קינד די א-ב, און נאכדעם שמירט דער מלמד אן די א-ב מיט האניג און דאס קינד לעקט אפ די האניג פון די א-ב.


זאלסט מקפיד זיין אז די פיאות זאלן זיין שיין געקרייזלט; דער רבי האט זייער מקפיד געווען צו גיין מיט שיינע געקרייזלטע פיאות (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקז), ער האט געזאגט אז עס ליגט אין דעם גרויסע סודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#812 - מעג מען זיך שיין מאכן ביי די שבת ליכט?
שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב א פרוי מעג זיך שיין מאכן און זיך שמירן דאס פנים ערב שבת, און אזוי צינדן די שבת ליכט? אדער איז עס א בזיון פאר די שבת ליכט אז מען שטייט אזוי פאר די ליכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם זיך שיין צו מאכן לכבוד שבת; אדרבה, עס איז א מנהג ביי אסאך מקומות זיך אנצוטון ספעציעלע מלבושים בשעת מען צינדט די ליכט. עס זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א טיכל מיט א שירצל ווען מען גייט צינדן די שבת ליכט. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו א רמז אויף דעם, "נר" איז בגימטריא "צעיף" (ליכט באטרעפט אזוי ווי טיכל), און צָעִי"ף איז די ראשי תיבות: עַ'מְּךָ יִ'שְׂרָאֵל צְ'רִיכִים פַּ'רְנָסָה, אידישע קינדער דארפן פרנסה. איז דא וואס בשעת מען צינדט די שבת ליכט טוען זיי אן א טיכל כדאי ממשיך צו זיין פרנסה פאר די גאנצע וואך (עיין דברי תורה חלק ו', סימן סח).


נאך ברענגט מוהרא"ש אז בשעת הדלקת הנרות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער; איז דא וואס טוען אן א שירצל (סינר) וואס קומט מרמז זיין וואס שטייט (ישעיהו נו, ג): "וְאַל יֹאמַר הַסָּרִיס, הֵן אֲנִי עֵץ יָבֵשׁ", א מענטש זאל נישט זאגן: "איך בין א טריקענע בוים וואס קען נישט ברענגען קיין קינדער", דערפאר טוט מען זיך אן די שירצל (סינר) וואס איז די סופי תיבות "וְאַל יֹאמַ'ר הַסָּרִי'ס הֵ'ן אֲנִ'י עֵץ יָבֵשׁ", צו ווייזן אז אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש; בשעת לעכט צינדן קען מען פועל'ן קינדער.


ווען מען צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסע צייט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז בשעת די ליכט ברענען קען דער שטן נישט מקטרג זיין און די מזיקים האבן נישט קיין שליטה. (עיין בעל הטורים פרשת תרומה על הפסוק "וְעָשִׂיתָ מְנֹרַת זָהָב טָהוֹר", שמות כה, לא): "בְּמָקוֹם נֵר אֵין שָׂטָן וְאֵין מַּזִּיק, וּבִזְכוּת נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר סוֹתֵם פִּיו שֶׁל שָׂטָן מִלְּהַסְטִין"; עס איז א עת רצון צו פועל'ן ישועות בכלל, בפרט קען מען דעמאלט פועל'ן ישועות פאר קינדער.


ווען פרויען וואלטן ווען געוויסט ווי חשוב זייערע תפילות זענען ביים אייבערשטן, בפרט די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט וואלטן זיי מתפלל געווען צום אייבערשטן פאר זיך, פאר'ן מאן און בעיקר פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. עס איז נישט קיין בזיון פאר די ליכט אז מען מאכט זיך שיין לכבוד שבת.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#811 - דער מלמד הערט נישט אויף שלאגן מיין אינגל, ווי אזוי ראטעווע איך אים?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל איז אריין דאס יאר צו א נייער מלמד אין כתה ו', און דער מלמד האט א מנהג אז אנהויב יאר שלאגט ער יעדן איינציגסטן טאג די קינדער מיט א שטארקע רציחה פאר יעדע קליינע זאך, ווי למשל נישט טייטלען אינמיטן פארלערנען, און אזוי קומט מיין אינגל אהיים יעדן טאג וויינענדיג.


איך האב שוין גערעדט צום מנהל עטליכע מאל, ער פארשטייט אבער נישט וואס דער פראבלעם איז, ער זאגט אז זיינע אייניקלעך האבן אויך געלערנט ביי דעם מלמד און ער שעפט פון זיי נחת, און ס'איז גארנישט אז מ'שלאגט א אינגל, אזוי וואקסט מען אויף ערליכע אידן.


וואס נאך קען איך טון דערוועגן? איך וויל נישט אז מיין אינגל זאל חרוב גיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד און רעד מיט אים; קודם זאלסטו רעדן מיט אים מיט שיינעם, זאג אים ווי שטארק דו ביסט צופרידן אז דיין קינד לערנט ביי אים און ווי שטארק דיין זון האט ליב זיין רבי. דערנאך דערצייל אים אז דיין קינד קומט אהיים וויינען יעדן טאג, ער ציטערט צו גיין אין חדר, ממש ער וויינט פון פחד. בעט אים שיינערהייט אז ער זאל נישט שלאגן דיין קינד.


אויב וועט דאס נישט העלפן און דיין קינד וועט ווייטער אהיים קומען וויינען אז ער כאפט פעטש, זאלסטו אנכאפן דעם מלמד ביים קארג און אים זאגן חד משמעתי: "אויב דו וועסט שלאגן מיין קינד וועל איך דיר געבן אזעלכע קלעפ, איך וועל דיר צעברעכן די ביינער". ווייל איינער וואס שלאגט טאר נישט ארבעטן מיט קינדער, אזא איינער דארף ארבעטן ביי די מיסט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די וואס שלאגן דארפן ארבעטן ביים שלעפן די מיסט און ווארפן און האקן די מיסט קאנעס (גארבידזש קענס).


וויפיל קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט ווייל מען האט זיי געשלאגן און גע'הרג'ט וועגן טייטלען וכדומה; אז דער מנהל האט א נס אז ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער מיינט נאך נישט אז אלע וועלן מצליח זיין אויף דעם וועג, "אֵין סוֹמְכִין עַל הַנֵּס (פסחים סד:)".


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער. אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך; ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון, דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער. נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


(אויב דו וועסט דארפן נוצן דעם וועג, זאלסטו אכטונג געבן אז דיין קינד זאל נישט וויסן פון דעם כדי ער זאל נישט מזלזל זיין אין זיין מלמד, מען דארף זייער אכטונג געבן צו שעצן דעם מלמד פאר'ן קינד. דאס זאל זיין פריוואט צווישן דיר און דער מלמד וד"ל).


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#810 - ווי יונג קען מען אנהויבן מתפלל צו זיין פאר א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די אלע תפלות וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר בחורים צו בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, און אז "עכט וויל איך זיין גוט, איך בין גרייט חתונה צו האבן, נאר איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך", איז דאס אויך פאר יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט אין די עלטער וואס מ'האט געווענליך חתונה? איך שפיר אז איך קען נישט זאגן די תפלות, ווייל לכאורה וועל איך סיי ווי נישט קענען חתונה האבן פאר די אכצן יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף חתונה האבן, אפילו דו ביסט נאך א יונגער בחור; יעדע תפילה וואס מען בעט דעם אייבערשטן רעכנט מען צוזאם ביז מען באקומט די ישועה.


חכמינו זכונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יז) אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה; "אָמְרוּ רַבָּנָן, יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער הערט אויס די תפילות אז מען בעט פערציג טעג, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, ווי עס שטייט (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט צום אייבערשטן פערציג טעג; "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא מאלן וואס דער אייבערשטער הערט אויס די תפילות ווען מען בעט צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר געפינען ביי דניאל; אמאל ווערט מען געהאלפן נאך דריי טעג דאווענען, אזוי ווי מיר געפונען ביי יונה הנביא, און אמאל העלפט דער אייבערשטער יענעם טאג; אבער יעדע תפילה ווערט אנגענומען.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס פאר א כח תפילה האט, וואלט מען נאר געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן און מען וואלט אלעס באקומען, אבער דער יצר הרע מאכט אז מען זאל האבן ספיקות אין תפילה, מען זאל טראכטן: 'וועט עס דען קענען פאסירן?' אזוי ווערט מען אפגעקילט פון בעטן; אבער ווען מען וואלט געבעטן און געמוטשעט דעם אייבערשטן וואלט מען אלעס גע'פועל'ט.


מען דארף האבן אסאך סבלנות ביי תפילה; ווען מען בעט און מען בעט און מען זעט נישט גלייך ווי די תפילות גייען ארויף, דארף מען אסאך סבלנות אויס צו ווארטן די ישועה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב): "וְיֵשׁ מֵעַמֵּנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁטּוֹעִים חַס וְשָׁלוֹם בְּלִבָּם, שֶׁכָּל הַתְּפִילּוֹת הֵם לָרִיק", עס זענען דא מענטשן וואס זענען זיך טועה, זיי מיינען אז אלע תפילות וואס מען בעט גייט צו די לופט, "אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כֵּן, אֶלָּא סַלְקִינָן וַאֲפִינָן וּבַשְׁלִינָן, הַיְנוּ כָּל הַתְּפִילּוֹת סַלְקִינָן וְעוֹלִין", אבער עס איז נישט אזוי, אלע תפילות גייען ארויף אויבן צום אייבערשטן, נאר יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפילות מען דארף מאכן פאר דעם ביז מען איז זוכה צו די ישועה, ווי דער רבי טייטשט אויס דעם מאמר פון רבה בר בר חנה (בבא בתרא עג): "וְכַד חַם גַּבֵּיהּ אִתְהַפֵּיךְ", ווען דער אייבערשטער האט רחמנות זעט מען אז אלע תפילות וואס מען האט געמיינט אז דאס איז "סַבְרִינָן יַבֶּשְׁתָּא הוּא" - אויסגעטריקנט, עס גייט נישט ארויף, דעמאלט זעט מען, "וְסַלְקִינָן וְאָפִינָן וּבַשְׁלִינָן אַגַּבֵּיהּ", אז דאס גייט יא ארויף אויבן אין הימל און עס ברענגט רחמנות פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#809 - ווי אזוי קען איך האבן א חבורת "היכל הקודש" אין מיין שטאט?
היכל הקודש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און עצות, איך בין ב"ה געווארן זייער מקושר צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו די ספרים פון מוהרא"ש און פון רבי'ן, און איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן מיט די הייליגע עצות.


איך וואוין אין ירושלים, און איך בין זייער מקנא די אידן פון אנדערע פלעצער וואס האבן א בית המדרש היכל הקודש, וואו זיי קענען לערנען די ספרים, הערן שיעורים, און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט נאך חברים. ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין בית המדרש היכל הקודש, און ס'איז נישטא קיין בית המדרש וואו ס'געפונט זיך דארט ספרים פון מוהרא"ש. איך שפיר זיך זייער איינזאם, איך בין זיך נאר מתחזק מיט מיין ווייב, און איך האב נישט נאך חברים.


איך וויל זייער שטארק האבן דא א חבורה פון אינגעלייט פון היכל הקודש, זיך צו שטארקן צוזאמען מיט די עצות פון רבי'ן און מוהרא"ש. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק און עצות ווי אזוי דאס אויסצופירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דא מקנא צו זיין? טו צו דער זאך און עפן א "בית המדרש היכל הקודש" אין ירושלים עיר הקודש וועסטו האבן חיזוק פאר דיר אליינס און נאך מענטשן וועלן זיך מחזק זיין, דו וועסט זיך קענען מחזק זיין מיט אנשי שלומינו. עס איז א גרויסע זאך צו עפענען א בית המדרש על שם רבינו וואו מענטשן וועלן זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


אז דו עפנסט א בית המדרש היכל הקודש זאלסטו זען מען זאל רעדן נאר דיבורים פונעם בעל תפילה. דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה אז דער פרומער בעל תפילה פלעגט ארום גיין רעדן צו מענטשן און שמועסן מיט זיי פון תכלית (סיפורי מעשיות, מעשה יב), דער בעל תפילה פלעגט זאגן פאר אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", און וואס דער גיבור האט געזאגט פאר'ן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


מוהרא"ש האט אויפגעשריבן די ווערטער אויף דעם בית המדרש הגדול אין יבנאל. יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, איך גיי קוקן דעם טאוול וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: 'נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן'"; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


הייב אן אויף א קליינער פארנעם; עס קען זיין ביי דיר אין שטוב (מיט רשות פון דיין ווייב). הייב אן מיט שלש סעודות; קודם וועט קומען איינער נאכדעם א צווייטער, אזוי וועט עס נתפרסם ווערן, צוביסלעך וועלן קומען נאך און נאך מתפללים ביז דו וועסט ארויס נעמען א פלאץ און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#808 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן מישן מיר אריין אין זייער מחלוקת?
כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די מורא'דיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג, עס געבט מיר חיות אנצוגיין. ספעציעל די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, וואס איך פרוביר צו טון יעדן טאג, און איך האב שוין געהאט ברוך ה' אסאך מעשיות פון תפלה, איך שרייב עס אראפ און ווען איך בין אביסל צעבראכן ליין איך עס און דאס געבט מיר אסאך חיזוק. א גרויסן יישר כח.


איך בין א ניינצן יעריגע מיידל פון א שווערע שטוב, מיינע עלטערן קריגן זיך אסאך, אויך אין פארנט פון די קינדער, און אסאך מאל איז עס מיר זייער שווער צוצוקוקן. זייער אסאך מאל מאכט זיך אז איינע פון מיינע עלטערן וועלן מיר אריינמישן אין די מחלוקת און מיר הייסן זיך אננעמען פאר זיי און רעדן קעגן דעם אנדערן. איך ווייס אז איך טאר דאס נישט טון, אבער וואס זאל איך יא טון אין אזא צייט?


אוועקגיין פון שטוב איז נישט קיין עצה פאר מיר, ווייל ביי מיין באבע און זיידע איז נאך ערגער. האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה פאר מיר? דאס איז מיר נוגע כמעט יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן, איר וועט זיך נישט מישן ווען זיי קריגן זיך, איר וועט זיי ביידע מכבד זיין – וועט איר טרעפןן בקרוב אייער זיווג.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן ווען מען וויל אייך אריין שלעפן אין א קריגעריי: "הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן נישט צו מזלזל זיין אין די כבוד פון מיין טאטע מאמע; העלף מיר בזכות וואס איך בין זיי מכבד און איך בין נישט מזלזל אין זיי, אז איך זאל זוכה זיין צו א ערליכע גוטע חתן, און צוזאמען בויען א שיינע שטוב".


דאס זאלט איר שטענדיג בעטן שטילערהייט.

#807 - ווי אזוי וועט מען מיר אנקוקן נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב. איך בין שוין געווען איינמאל גע'גט און איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, און מיר האבן געהאט צוויי קינדער צוזאמען. למעשה האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין זייער שלעכט אין די לעצטע צוויי יאר, די קינדער וואס מיין ווייב האט מיטגעברענגט האבן מיר ממש דערביטערט דאס לעבן, און זי איז נאר געשטאנען מיט זיי אקעגן מיר, איך בין נישט אנערקענט געווארן אלס טאטע אין שטוב, נאר אלס איינער וואס דארף ברענגען געלט. און דערפאר האבן מיר זיך יעצט צעטיילט, און מיר גייען זיך גט'ן בקרוב.


מענטשן קוקן מיר אן ווי א לא יוצלח, ער גייט זיך שוין גט'ן צום צווייטן מאל, און איך ווייס אבער אז איך בין נישט אזוי שלעכט, כאטש קיינער איז נישט קיין מושלם, שפיר איך אז איך בין פשוט אריינגעפאלן צוויי מאל.


און יעצט טראכט איך ווי אזוי איך וועל קענען איבערגיין די שווערע תקופה, די צוויי קינדער זענען ביי מיר, און ווער מיר וועלן יעצט נעמען נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל, און נאך מיט צוויי קינדער? איך וויל אזוי שטארק האבן א נארמאלע לעבן, אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ליבשאפט און שמחה, און אויב וועט זיין שוועריקייטן זאלן מיר עס דורכגיין צוזאמען בשלום.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם מענטש און מען ווייסט נישט קיין פרטים וכו'; בפרט ווען דו האלסט נאך פאר'ן גט, איז מיר זייער שווער צו ענטפערן ווייל "זיך גט'ן איז נישט די עצה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו. איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן, דער מנורה, דער ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


די נקודה איז נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דיר אן און וואס מענטשן וועלן זאגן; וואס הארט דיר וואס מענטשן וועלן זאגן? דו דארפסט טראכטן מער פון די קינדער ווי טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, גיי ארויס אביסל שפאצירן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טון; זאג אים דיין ווייטאג, בעט אים: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', אייבערשטער געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן וואס צו טון", אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די עצה פון התבודדות איז זיכער א גוטע עצה, מען זאל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי אים געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה", ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט זוכה זיין צו וויסן וואס דו האסט צו טון.

#806 - האט דער אייבערשטער אנגענומען מיין תשובה?
צרות, קשיות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, פאר אסאך יארן בין איך ליידער געווען איינגעטונקען אין עבירות, ביז דעם פארגאנגענעם זומער ווען איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער אזוי אנגיין, איך האב זיך ערנסט גענומען אין די האנט אריין, און פון דעמאלט האב איך אינגאנצן אויפגעהערט צו זינדיגן.


מיין פראבלעם איז אבער אז איך האב מורא אז דער אייבערשטער איז נישט מקבל מיין תשובה, ווייל ס'זעט מיר אויס ווי ער צעשטערט מיר ממש יעדע גוטע זאך וואס איך וויל טון, למשל איך האב געמיינט אז איך גיי באקומען א פאסטן אלס מלמד אין א פלאץ וואס מ'צאלט מער פון וואס איך פארדין היינט, און מ'האט מיר למעשה נישט אנגענומען, אדער למשל פאר סוכות האב איך דאס יאר צום ערשטן מאל ארויסגעבויעט מיין פארטש צו קענען האבן א רחבות'דיגע סוכה, און פלוצלינג בין איך זייער פארקילט געווארן און נישט געקענט הנאה האבן פון די סוכה, איך האב געשפירט ווי דער אייבערשטער וויל מיר צעשטערן דעם יום טוב.


איך וויל זיך שטארקן און ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט צוריק פאלן צו מיינע עבירות, ביטע העלפט מיר און זייט מיר מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע דיינע חטאים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", אז ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה - ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


א איד טאר נישט זאגן אזעלכע ווערטער ווי דו שרייבסט: "דער אייבערשטער צעשטערט מיר יעדע זאך", אדער: "דער אייבערשטער האט צעשטערט מיין יום טוב"; זיי מיר מוחל אויף וואס איך זאג דיר דאס, א איד טאר אזוי נישט רעדן; דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוטס מיט אונז.


דוד המלך זאגט (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; אפילו איך זע עס נישט, אפילו איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה, און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעקילט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט גייט אריין אין אים מחשבות פון כפירה; מען הייבט אן האבן קשיות אויף די אמונה. דו דארפסט נאך אסאך תשובה טון עס זאל ארויס גיין פון דיר אלע שלעכטע מחשבות, דו זאלסט זיין איבער געגעבן צום אייבערשטן.


זע צו זאגן תהילים יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו אמת'ע תשובה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים. רבי נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אזוי ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#805 - וועלכע צרות האט מוהרא"ש געהאט?
התחזקות, צרות, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן. איך האב געוואלט פארשטיין וואס איז שוין געווען מוהרא"ש'ס צרות אז ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קען מען שרייבן, אבער אז מוהרא"ש שרייבט אזוי אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן אויפשרייבן אויף זיין מצבה די ווערטער: "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", - עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, - איז דאס פשוטו כמשמעו; וואס איז דער נפקא מינה וואס, ווען און וואו, דער עיקר דארף מען זיך לערנען פון אזא צדיק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. מוהרא"ש מיט אלע זיינע ביטערע צרות וואס ער האט געהאט, האט מען נישט געקענט זען אויף אים קיין שום סימן פון יסורים, אדרבה, מוהרא"ש האט שטענדיג געהאט א פנים מאירות, א פרייליכע ליכטיגע פנים. מען האט געקענט זען אויף זיין פנים אן עכטע פרייליכקייט, א ביטול צום אייבערשטן. מיר דארפן זיך אפלערנען פון מוהרא"ש ווי ער האט נאר געזוכט ווי אזוי פרייליך צו מאכן אנדערע.


מוהרא"ש האט דערציילט דעם סיפור התקרבות פון רבי ישראל קארדונער (היילפרין) ווי אזוי ער איז מקורב געווארן; איינמאל האט ער געטראפן אין שֵמות א בריוו, ער ליינט אינעם בריוו ווי איינער איז מחזק זיין זון מיט שטארקע חיזוק, און ער ענדיגט דעם בריוו מיט דעם לשון: "איך קען נישט ממשיך זיין צו שרייבן ווייל די פאליציי ווארט אויף מיר, מיר צו נעמען אין תפיסה וכו'", דער רבי ישראל קארדונער האט נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין א איד וואס גייט אויף אים אריבער אזא שווערע צרה, מען גייט אים איינשפארן אין תפיסה - דאך האט ער אזא ישוב הדעת צו קענען שרייבן אזאלכע שיינע חיזוקים, ער האט געטראכט צו זיך: 'א איד וואס די פאליציי שטייען ביי זיין שטוב און מען גייט אים טראגן אין תפיסה, קען נאך מחזק זיין א צווייטן?! איך מוז וויסן ווער דאס איז'.


ער איז נאכגעגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געשריבן דעם ספר 'עלים לתרופה', האט מען אים געזאגט אז מען טאר נישט אריינקוקן אין דעם ספר ווייל דאס האט געשריבן רבי נתן פון ברסלב. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אויסגעהערט וואס די מתנגדים זאגן, און אזוי איז ער מקורב געווארן, ביז ער איז געווארן פון די גרויסע לייט אין ברסלב.


ביי מוהרא"ש איז פיל מער פון דעם; מוהרא"ש האט געהאט נאר צרות און מיט דעם האט ער מחזק געווען יעדן איינעם. ווען מען האט געזען מוהרא"ש האט מען נישט געקענט חלומ'ן וואס ער גייט אריבער, (איך אליינס אפאר יאר נאך מיין התקרבות האב נישט געוויסט בכלל אז מוהרא"ש האט עפעס צרות וכו'). דאס דארפן מיר זיך אפלערנען פון אזא גרויסער צדיק, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס גייט אריבער שווערע טעג, מען זאל זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום אויף די אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און זיין געטריי צו אים, און זוכן ווי מען קען העלפן נאך א איד און נאך א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן גיין אין די וועגן פון דעם גרויסן צדיק, וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.

#804 - ווי אזוי ארבעט מען אויף שמחה?
שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט, ובפרט פאר'ן ענטפערן מיין שאלה וואס איך האב אנגעפרעגט ווי אזוי מ'קען רעדן צום אייבערשטן ווי צו א חבר, עס איז געווען פאר מיר א גרויסע תועלת און חיזוק צו זען אז אויך דער רבי אליין איז דאס דורכגעגאנגען, און דאס איז דער וועג צו מאכן התבודדות, עס קומט נישט אן גרינג אין אנהויב.


 יעצט האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אין (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד) אז מ'דארף זיך זייער שטארקן מיט'ן גאנצן כח צו זיין פרייליך, און זיך מאכן פרייליך אפילו מיט מילי דשטותא. ווי אזוי קען מען זיך שטארקן און זיין פרייליך אין יעדן מצב, אפילו ווען עס מיר נישט אזוי גוט, אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי איך האב געפלאנט?


אויך ווי אזוי מאכט מען זיך פרייליך מיט מילי דשטותא?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "אז דער רבי האט אונז געזאגט 'מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד' מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


דו פרעגסט ווי אזוי מען קען זיין פרייליך ווען זאכן ארבעטן זיך נישט אויס ווי געפלאנט וכו'; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א חשבון פון הימל, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער אליינס, אזא איינער ווערט נישט בעצבות ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, ער ווייסט אז אלעס איז פאר זיין טובה, ער ווייסט אז עס וואלט נישט געקענט זיין אנדערש, ווייל ווי אזוי עס איז געווען איז זיכער גוט און מיט א חשבון.


דער עיקר דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז 'איך בין נישט באשאפן געווארן א גוי, איך בין א איד'. דער הייליגער צדיק, הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס זיך צו מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה: "שלא עשני גוי"; מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אפילו אזא הייליגע צדיק וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פְּאֵר הַדוֹר (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו)" - האט זיך נישט געהאט מיט וואס מחזק זיין נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך וואס מיר זענען טאקע גארנישט, דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם. טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד'.


אויף דיין פראגע ווי אזוי איז מען מקיים וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך צווינגען צו זיין פרייליך אפילו מיט נארישע זאכן אבי צו זיין פרייליך - ווי אזוי מען איז דאס מקיים ברבים; דאס זאלסטו מקיים זיין ביי דיר אין שטוב, דו קענסט זיך נאריש מאכן מיט דיינע קליינע קינדער, טאנצן מיט זיי און זיך נאריש מאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#803 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א רואיגקייט?
שידוכים, שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ניגונים, און חיזוק, וואס איז מיר אזוי שיין מדריך אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.


איך בין ב"ה א חתן געווארן, די חתונה איז אין עטליכע חדשים, אבער ווי נענטער עס ווערט צו די חתונה ווער איז מער נערוועז און דערשראקן, אפשר איז דאס נישט מיין ריכטיגע שידוך? אפשר וועל איך זיך נישט אויסקומען מיט איר? די כלה איז נישט אזוי שיין, ווי אזוי וועט זי מיר העלפן זיך היטן די אויגן? און אזוי ווייטער בין איך פול מיט בלבולים און פחדים. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך זאל קענען צוגיין צו די חופה פרייליכערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטארפן דיין שידוך און דו ביסט שוין גרייט צום חופה גיין; לאז דאפ די נארישע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'אויב דאס איז טאקע דיין באשערטע', דאס איז אלעס עצת היצר הרע וואס פארגינט נישט אז דו גייסט זוכה זיין צו ווערן אן אדם השלם, דו גייסט אנהייבן לעבן בקדושה ובטהרה.


בנוגע דיין פחד אויב דו וועסט קענען לעבן מיט איר בשלום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו וועסט זיין א וותרן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וועסטו האבן שלום בית, נעם זיך פאר קיינמאל נישט זוכן אויסצופירן וועט דיר גוט זיין. עס איז נישט געפערליך ווען די ווייב איז גערעכט, מען ווערט נישט קלענער ווען זי איז גערעכט.


אויך זאלסטו זיין א געביגער; זאלסט נישט זיין א קמצן, סיי מיט געלט און סיי מיט גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג געבן געלט און איר באגיסן מיט גוטע ווערטער.


בנוגע שמירת עיניים וכו'; נאך די חתונה דארף מען ווייטער ארבעטן אויף שמירת עיניים. עס מיינט נישט צו זאגן אז איינמאל מען האט חתונה האט מען מער נישט קיין נסיונות, מען האט ווייטער די זעלבע נסיונות נאך די חתונה, נאר עס איז גרינגער זיך צו שטארקן מיט א ווייב, אבער מען דארף זיך ווייטער היטן די מחשבה און די אויגן. מען דארף ווייטער שרייען צום אייבערשטן: "'הַעֲבֵר עֵינַי מֵרְאוֹת שָׁוְא', היט מיר אייבערשטער איך זאל האבן ריינע אויגן, איך זאל נישט פארשווארצט ווערן בזה ובבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט לעבן.

#802 - מוז א פרוי גיין אין שול דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר אזוי מחזק, ובפרט פאר די שיעורים פאר פרויען וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, קיינער אין דעם דור געבט נישט אזעלכע שיעורים וואס לערנען אויס ווי אזוי זיך פירן אינעם פאקטישן לעבן יעדן טאג.


איך בין א יונגע פרוי, איך האב נאכנישט קיין קינדער, דעם פארגאנגענעם ראש השנה האב איך געטראכט צו זיך אויב איך זאל ענדערש גיין אין שול דאווענען און מתפלל זיין, אדער ענדערש בלייבן אינדערהיים. פון איין זייט קען איך טאקע גיין אין שול, איך האב נאכנישט קיין קינדער זיך צו דארפן אפגעבן מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך נישט באקוועם צו וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אין שול צווישן פרויען, ווען מ'וועט קוקן אויף מיר און זען ווי איך וויין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר זענט נישט באקוועם צו דאווענען אין שול קענט איר דאווענען אין שטוב; ווען איר האט צייט זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן וואס איר דארפט. דורך התבודדות ותפילה ווערט געשטארקט די אמונה; מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן ביז עס גייט שוין נישט אן וואס מענטשן טראכטן און רעדן וכו'.


א מענטש דארף צוקומען צו אזא מדריגה, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אז עס זאל אים נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן זאגן און טראכטן אויף אים. ווייל ווען מען איז א נצרך לבריות - מען רעדט זיך איין אז א צווייטער קען העלפן אדער שלעכטס טון, דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵךְ אָדָם לַבְּרִיּוֹת פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְרוּם", דארף מען זיך פארשטעלן מיט אנדערע קאלירן, מען קען נישט דאווענען צווישן מענטשן ווייל מען טראכט א גאנצן צייט: 'אפשר וועט איינער קוקן ווי אזוי איך דאווען?' 'אפשר וועל איך האבן כבוד?' 'אפשר וועל איך קריגן געלט?' דעמאלט זאגט דער רבי בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כִּי מִי שֶׁהוּא נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת", ווער עס טראכט פון מענטשן, ער מיינט אז מענטשן קענען אים העלפן, "קָשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל בָּרַבִּים", פאר אים איז זייער שווער צו דאווענען צווישן מענטשן, "וְטוֹב וְנוֹחַ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל בְּיָחִיד", אזא איינער איז בעסער ער זאל דאווענען פריוואט.


אז איר וועט אסאך רעדן צום אייבערשטן וועט איר אנהייבן זען אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט, נאר דער אייבערשטער; איר וועט אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דעמאלט וועט אייך שוין נישט מבלבל זיין קיין שום זאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת, שֶׁאֵינוֹ צָרִיךְ לָהֶם לְשׁוּם דָּבָר", ווער עס טראכט נישט פון מענטשן, ער איז נישט אנגעהאנגען אויף קיינעם, "יוּכַל לַעֲמֹד בֵּין אֲלָפִים אֲנָשִׁים לְהִתְפַּלֵּל בֶּאֱמֶת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לְבַדּוֹ", דער קען דאווענען צווישן טויזנטער מענטשן און דאווענען נאר פאר'ן אייבערשטן אליינס, "מֵאַחַר שֶׁאֵין נִצְרָךְ לְשׁוּם בְּרִיָּה - לֹא לְפַרְנָסָה, וְלֹא לְכָבוֹד, וְלֹא לְשׁוּם דָּבָר, רַק 'שִׂבְרוֹ עַל ה' אֱלֹקָיו'", ווייל ער דארף נישט קיינעם, ער דארף נישט פון קיינעם פרנסה, ער דארף נישט פון קיינעם קיין כבוד ער דארף גארנישט, ער דארף נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#801 - זאל איך דאווענען אפילו ווען איך קען נישט אינזין האבן?
תפילה והתבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע חיזוק און שיעורים און פאר'ן מיר געבן א נייע לעבן.


מיין שאלה איז, ווען איך האב נישט געהעריג דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, צי מעג איך דעמאלט דאווענען און זאגן קריאת שמע אדער ברכת המזון וכדומה, אין די צייט וואס איך טראכט בכלל נישט אריין אין די ווערטער, נאר איך זאג אזוי ווי תהילים?


איך האב געהערט א דרשה פון איינעם וועגן אינזין האבן דאס דאווענען, איך זע אבער ביי מיר אז ווען איך האב לחץ אז איך מוז אינזין האבן, וועל איך בכלל נישט דאווענען. איך האב שוין אסאך פרובירט, אבער א מינוט שפעטער פליעט שוין מיין קאפ אוועק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו טרעפסט זיך אינמיטן דאווענען מיט שלעכטע מחשבות זאלסטו זיך נישט קריגן מיט דיינע מחשבות און זיי אוועק שטופן, נאר אנהייבן אינזין האבן פון דארט וואו דו האלסט, און אז דיין מחשבה פליט נאכאמאל אוועק זאלסטו זיך נישט קריגן דערמיט, נאר פרובירן אינזין האבן דארט וואו דו האלסט.


מען קען זיך נישט קריגן מיט א מחשבה; ווען מען זעט ווי די מחשבות הייבן אן אוועק פליען דארף מען טראכטן פון גוטע זאכן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער רבי זאגט (שם): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכט מחשבה.


נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "אֵין צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת מִלְחָמָה וּלְנַעְנֵעַ ראשׁוֹ אָנֶה וָאָנָה כְּדֵי לְגָרֵשׁ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט שלעכטע מחשבות אדער ווארפן די קאפ אהער און אהין אוועק צו שטופן די שלעכט מחשבה, "כִּי אֵין זֶה מוֹעִיל כְּלָל", ווייל עס וועט נישט העלפן, "אַדְּרַבָּא, עַל יְדֵי זֶה מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר", פונקט פארקערט, עס וועט נאר שטערקער מאכן די שלעכטע מחשבה, "רַק לִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק, בְּתוֹרָה אוֹ תְּפִלָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן", די בעסטע זאך איז מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם, מען זאל טראכטן פון תורה און פון תפילה און אפילו פון ביזנעס "וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל לַאֲחוֹרָיו כְּלָל וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא תִּסְתַּלֵּק", מען זאל בכלל נישט קוקן אויף זיי, וועלן זיי ממילא אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#800 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין משפחה זאל מיר צוריק אננעמען?
משפחה, תשובה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור העכער די אכצן יאר, איך בין ארויס פון ישיבה שוין איבער צוויי יאר צוריק, און איך בין געגאנגען ארבעטן. מיין טאטע איז נישט געווען צופרידן פון מיר און ווי אזוי איך זע אויס, מיין טאטע און מיינע ברידער האבן מיר כסדר זייער פארשעמט און אראפגעקוקט, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אנטלאפן פון שטוב.


איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, יעצט האב איך שטארק חרטה אויף דעם, און איך האב שטארק חשק צוריק צו גיין אהיים, איך ווייס אבער אז מיין טאטע און מאמע און מיינע ברידער גייען נישט וועלן רעדן מיט מיר, און אפילו אויב יא, גיי איך בלייבן דער אויסווארף פון די משפחה, איך וויל זיי זאלן מיר אננעמען אזוי ווי איך בין, איך וויל שפירן ווי א חלק פון די משפחה.


איך בין זייער צעבראכן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן דיין קול; ער וויל הערן ווי דו רעדסט צו אים, ער וויל הערן אפילו איין ווארט ווי דו רופסט אים; זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער העלף מיר! איך בין אזוי פארלוירן, איך וויל זיך אויסקומען מיט מייינע עלטערן, איך וויל האבן א שיינע לעבן, העלף מיר איך זאל צוריק קומען צו דיר און צי די תורה"; דאס איז די עצה ווען מען איז צעבראכן, מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דאס מאכט דער מענטש זאל ווערן אויס צעבראכן און אנהייבן שפירן א געשמאק אין לעבן.


גיי אהיים צוריק צו דיינע עלטערן און משפחה; דיינע עלטערן וועלן דיר צוריק נעמען מיט ביידע הענט, זיי בענקען נאך דיר און ווארטן אויף דיר. עס איז נישט ווי דו טראכסט אז זיי גייען נישט וועלן רעדן מיט דיר, דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען אז דו קומסט צוריק אהיים.


עס זיך נישט אויף מיט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ וואס איז געווען. מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפ'ן עבר, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי"; זיי מכבד דיינע עלטערן פון יעצט און ווייטער.


אז דיינע ברידער וועלן דיר אריין זאגן וכו' זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זאלסט זיי נישט ענטפערן, וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלעס וואס איז געווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#799 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א פארשמירטע מח?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כלה, עטליכע חדשים צו די חתונה, און איך האב זייער מורא צוצוגיין צו די חופה. איך האב אסאך געקוקט שלעכטע מאוויס אין מיין לעבן, ווי אזוי קען איך צוגיין צו די חתונה ווען די אלע שלעכטע זאכן האלטן אין איין ארויפקומען ביי מיר אין קאפ?


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן און געבן אן עצה, איך וויל זיין פון יעצט נאר הייליג און ערליך, וואס קען איך טון? איך שפיר ווי איך בין זיך שוין מייאש אינגאנצן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר האט געטראפן אייער שידוך; איר קומט שוין נענטער און נענטער צו די חתונה און איר וועט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.


איך בעט אייך זייער, יעצט הייבט זיך אן ביי אייך א נייע תקופה אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


אזוי אויך מיט די כלה, דער אייבערשטער איז מוחל פאר חתן כלה אלע עבירות; מען ווערט ניי געבוירן און מען הייבט אן א נייע לעבן. אז איר וועט נישט צוריק לויפן צו די אלטע וועגן, איר וועט נישט קוקן קיין שמוציגע וכו' וועט איר זיין ריין און הייליג א גאנץ לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען זיך אומקערן צום אייבערשטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים. יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה ווייל ער האט נישט קיין התעוררות תשובה צו טון, און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט ווי אזוי מען טוט תשובה, ער טראכט צו זיך: 'וואס דארף איך טון איך זאל ווערן אן ערליכער איד?' און אפילו א מענטש האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס ער האט צו טון כדי צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין נישט ווערן צעבראכן ווען ער דערזעט זיך אז עס גייט אריבער די צייט און ער איז נאך נישט זוכה ארויסצוקריכן פון וואו ער ליגט וכו'; פירט דער רבי אויס: "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו מען האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט מען אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און מען באקומט די נויטיגע שטארקייט זיך צו דערהאלטן, ביז מען איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


מאכטס זיך א שטארקע סדר צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אויב איר קענט זאגן דעם יום תהילים איז זייער גוט, דאס וועט אויסוואשן אייער קאפ פון אלע שלעכטע זאכן וואס איר האט געזען.


 

#798 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון פאניק אטאקעס?
רפואה, אמונה, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם געוואלדיגן חסד וואס ער האט געטון מיט מיר אז מיט גרויס השגחה פרטית האב איך געטראפן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס איז געווען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עיפה, און דערנאך האב איך אנגעהויבן הערן נאך און נאך שיעורים, און דאס האט מיר ממש אויפגעהויבן און מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, עטליכע בלאט גמרא, און אזוי ווייטער נאך שיעורים, און איך פרוביר כסדר צו רעדן עטליכע ווערטער צום אייבערשטן.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט מיר העלפן, מיין ווייב ליידט אסאך פון פאניק אטאקעס, זי האט אסאך ענקזייעטי און פחדים, מיר האבן שוין פרובירט אסאך עצות אבער דערווייל האט גארנישט געהאלפן.


מיר פרובירן צו רעדן אסאך פון אמונה, אזוי ווי מיר הערן ביי די שיעורים, צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, און מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען קיין שינוי לטובה.


איך ווייס אז מ'טאר נישט אויפגעבן, מ'דארף נאר ווייטער בעטן און בעטן, אבער מיין ווייב וויל זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן עפעס עצות און חיזוק, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון צו קענען פטור ווערן פון די אלע פחדים און בלבולים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז ווי מער א מענטש חזר'ט זיך אמונה, ער נעמט אריין אין זיך די אמונה - איז ער זוכה צו לעבן א רואיגע און פרייליכע לעבן. ווייל אמונה מאכט שטארק די נערוון; מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און מען לעבט רואיג אזוי ווי א קליין קינד פארלאזט זיך אויף זיין טאטע. ווידער אויב מען האט חס ושלום נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך אן קיין בעל הבית, זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם.


אמונה איז די רפואה פאר אלע פחדים (ענקזייעט"י, פעני"ק עטעק"ס, וכו') דאס איז די איינציגסטע רפואה פאר די וואס האבן שוואכע נערוון, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון אמונה, און געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה"; די אלע יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, אלץ קומט פון חסרון אמונה אויף דעם העלפט נישט קיין רפואות, די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה".


דערפאר בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; פארלאזטס אייך אויפ'ן אייבערשטן, אזוי וועלן צוביסלעך אוועק גיין אלע פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחד פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע, אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איך שיק אייך דא א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג; אויב איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג - לכל הפחות איין מאל, וועט איר ביז א קורצע צייט זיין געזונט און שטארק; איר וועט האבן שטארקע נערוון און מער נישט האבן קיין פחדים וכו'.


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר; פַאר מַיין טֵייעֶרֶער מַאן, פַאר מַיין טֵייעֶר לִיכְטִיג קִינְד אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אִיךְ וֵויין זֵייעֶר אַסַאךְ, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז דוּ הִיטְסְט מִיר, אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי שְׁוֶוער, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת. אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס; מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת פַּיינִיגְן מִיר, אִיךְ שְׁפִּיר אַסַאךְ מָאל וִוי אִיךְ הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אִיךְ שְׁפִּיר אַז מַיינֶע נֶערְוְון פְּלַאצְן מִיר פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


איר זאלט זאגן די תפילה נישט איין מאל און נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי אייערע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען אייער קאפ, איר שפירט ווי אייער קאפ דריידט זיך מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפ'ן קול, וועט איר זען ביז א קורצע צייט ווי עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.