שאלה אין קורצן ענין
#30 - ווי אזוי גיי איך צו א שידוך אן פחדים?
שידוכים, ספיקות, שמחה, תודה והודאה, פחדים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער אויסצודריקן מיין דאנק אויף די עצות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל סבלנות דער ראש ישיבה שליט"א האט צו ענטפערן אויף יעדן איינעמ'ס שאלות.


איך וויל שוין א כלה ווערן, מען טראגט יעצט אן א שידוך, אבער איך האב פשוט מורא צוצוגיין, איך בין פול מיט פחדים וואס וועט זיין נאכדעם, איך בין אינגאנצן צעמישט וועגן דעם. ווי אזוי קען איך וויסן אויב ער איז טאקע א גוטער בחור? מיין שוועסטער האט זיך גע'גט, און דאס מאכט מיר טראכטן אויף נישט א גוטע וועג, ווער ווייסט צי איך וועל יא מצליח זיין? ווער ווייסט צי איך וועל זיך נישט דארפן גט'ן שפעטער?


איך האב פשוט מורא צו אויסהערן א שידוך, כאטש וואס מען זאגט מיר צו אז עס א גוטע זאך, עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, בלייב איך אבער מיט פחדים, און צוליב דעם זאג איך אפ אזויפיל גוטע פארשלאגן פאר שידוכים.


איך דאווען און איך וויין צום אייבערשטן זייער אסאך, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו וויינען, איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס. איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה און הדרכה אין דעם, עס איז פשוט א שאלה פון פיקוח נפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א שידוך - זאלט איר חס ושלום דאס נישט אפזאגן, גייט מיט שמחה צום שידוך און דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


צעברעכט זיך נישט און דערשרעקט זיך נישט מיט די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם פארדרייט אייך, אלע שלעכטע מחשבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא. דער הייליגער זוהר (תיקונים תיקון כא, בסופו) רופט אן די שלעכטע מחשבות 'חיות טמאות, חיות טורפות', פארציקנדע חיות וואס פארציקן דעם מענטש מיטן דערשרעקן מיט זאכן וואס איז דמיונות.


ווי שרעקעדיג קען חתונה האבן זיין אז די תורה געבט דאס פאר די ערשטע מצוה?! אז דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - קען עס נישט זיין שרעקעדיג; די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין נישט חתונה געהאט, אויך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות קיח:): "טב למיתב טן דו, מלמיתב ארמלו", עס איז בעסער צו זיין חתונה געהאט ווי זיין אליין.


געענדיגט מיט וויינען, ווער דארף יעצט וויינען? גייט צום שידוך מיט שמחה, גייט צום שידוך מיט תפילה, און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א"ו ס"י ד"י (OCD) פראבלעמען?
תפילה והתבודדות, צרות, שמחה, עצבות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס פייניגט מיך זייער שטארק. יעדע נאכט איידער איך גיי שלאפן האב איך א געפערליכע אנגעצויגנקייט, איך בין פארנומען איבערצוקוקן די גאנצע הויז אז אלעס איז אין ארדענונג, איבערקוקן די קינדער אז זיי שלאפן פארזיכערט, איבערקוקן די פענסטער צי זענען גוט פארמאכט, ספעציעל ביי די געז, דארט איז עס ממש געפערליך, איך קוק איינמאל און נאכאמאל אויב עס איז נישט אנגעצינדען.


איך האב זייער אסאך לחץ אז איך מוז גיין שלאפן פאר מיין ווייב, ווייל אזוי שפיר איך רואיגער אז זי וועט עס איבערקוקן נאכאמאל איידער זי גייט שלאפן. און אויב קום איך ארויס פון בעט אינמיטן די נאכט, גיי איך נישט אריין אין קאך, כדי איך זאל עס נישט דארפן איבערקוקן.


דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז אויב מען נעמט אריין אין זיך אמונה גייען אוועק די אלע פראבלעמען, דא שפיר איך אבער אז עס איז מער ווי נאר חסרון אמונה, איך פיל ווי איך לייד אויף די נערווען. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט שלאגן מיט די סארט שלעכטע מחשבות; ווי מער מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש, כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ און מען קוקט צוריק אויף יענע זאך פון וואס מען לויפט אוועק, וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה ווייל ווען יענער זעט ווי מען קוקט צוריק - זעט ער אז מען האט אים נישט אפגעלאזט, דאס מאכט אים ער זאל ווייטער נאכלויפן, רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


די אלע וואס ליידן נעבעך פון די יצר הרע וואס רופט זיך א"ו ס"י ד"י - אויף זיי איז א גרויס רחמנות, קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז זיי, אויך אויף די וואס לעבן מיט אזא איינעם - איז ביטער שווער. דאס הייסט א פרוי וואס איז חתונה געהאט צו א מאן וואס פייניגט זיך מיט די מחשבות, אדער פארקערט, א מאן וואס זיין ווייב פייניגט זיך מיט דעם יצר הרע - זיי איז ביטער שווער דאס לעבן, ווייל די מחשבות זענען שטערקער פון יעדן איינעם, און וויבאלד מען ווייסט נישט די זאך וואס דער רבי זאגט, אז מען טאר זיך נישט קריגן מיט די מחשבות, ווייל עס ווערט נאר ערגער - פאסירט דאס אז מען פייניגט זיך און מען ליידט שרעקליכע יסורים, ווייל מען שטופט זיי אוועק און זיי קומען צוריק, און מען שטופט זיי נאכאמאל אוועק און זיי קומען צוריק, און ווען זיי קומען צוריק איז דאס אסאך שטערקער ווי פריער - השם ישמרינו.


די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער.


אויך זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; זיי פרייליך, הער לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים, טאנץ און זינג, טו אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט דארט: גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די זאך, עס מאכט שטערקער די מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


עס איז כדאי זאלסט אסאך לערנען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) און זאגן די תפילה פון דער הייליגער רבי נתן - וועסטו אויסגעהיילט ווערן פון די שלעכטע מחשבות.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ריינע מח און א ריינע הארץ וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן.


התבודדות איז די רפואה פאר א"ו ס"י ד"י. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): יֵלֵךְ אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת מען זאל גיין צו א צדיק, וְיוֹרֶה לוֹ דַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה דער צדיק וועט אים לערנען ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם, דַּרְכֵי הַחָכְמָה, עֵצוֹת נְכוֹנוֹת, עַל כָּל דָּבָר ער וועט אים לערנען גוטע עצות אויף יעדע זאך, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ אזוי וועט ער ווערן אויסגעהיילט; דער רבי איז דער חכם האמת וואס ער לערנט אונז די עצה פון התבודדות, די עצה פון זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אויף גוטע מחשבות, אויף אמונה; התבודדות רייניגט אויס פון די יצר הרע.


וואויל איז דעם וואס נוצט די עצות פונעם חכם האמת, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי קען מיין ווייב פטור ווערן פון שלעכטע מחשבות?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, עבירות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען נישט ברסלב'ע חסידים, אבער מיר האלטן מיט אלע שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און דאס געבט אונז אסאך צו אין לעבן, יישר כח.


עס האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי אונז. מיר געפונען זיך אין א פרומע פלאץ וואו מענער און פרויען, אפילו פון משפחה, גריסן זיך נישט און רעדן נישט קיין ווארט צווישן זיך, איך מיט מיין ווייב לעבן ברוך ה' זייער גוט אינאיינעם, מיר האבן א גוטע שלום בית, און מיר זענען זיך צוזאמען מחזק מיט אלעס.


דעם פראבלעם איז אז איך האב א שטיף ברודער, א בחור, און איין טאג זאגט מיר מיין ווייב אז ער איז איר זייער געפאלן, זי האט אנגעהויבן אסאך טראכטן פון אים, און ס'ציעט איר צו אים, כאטש וואס זי זעט אים זייער ווייניג.


זי ווייסט אז ס'איז נישט גוט, און זי איז אסאך מתפלל אויף דעם, און מיט דעם אלעם טרעפט זי זיך אסאך טראכטן פון אים. זי בעט איך זאל איר העלפן ארויסגיין פון דעם פראבלעם, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איר העלפן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


אז זי וויל ארויסגיין פון דעם פראבלעם זאל זי זאגן תהילים; אז זי קען זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג איז גאר גוט און אז זי האט נישט קיין סאך צייט, זי איז פארנומען מיט די קינדער - זאל זי זאגן אביסל תהילים, וויפיל זי קען, דאס וועט איר ברענגען צו תשובה, עס וועט ארויסגיין פון איר קאפ די אלע נישט גוטע מחשבות; אנשטאט טראכטן פון דעם און פון יענעם - וועט זי טראכטן פונעם אייבערשטן.


זאג איר זי זאל נישט מאכן קיין עסק פון די מחשבות, זיך נישט קריגן מיט די מחשבות; ווייל ווען מען קריגט זיך מיט די נישט גוטע מחשבות ווערן זיי שטערקער, ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבות זאל זי בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - ווי אזוי מעקט מען אויס אלטע שלעכטע מחשבות פון מח?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ספעציעל די שיעורים פאר פרויען, יעדע נייע שיעור געבט מיר פרישע כח און עצות אין לעבן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו וואס איר האט געשריבן פאר א פרוי איר מחזק צו זיין אויף דעם וואס זי האט אויסגעמעקט אירע מאוויס, ווייל איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, איינער האט מיר געגעבן שלעכטע מאוויס, איך האב געוואוסט אז דאס וועט מיר שאטן אין לעבן, אין איין טאג האב איך זיך גענומען די שטארקייט און אלעס פארמעקט, נאך איידער איך האב עס אפילו געקוקט. איך האב געשפירט נאכדעם א געוואלדיגע גוטע געפיל און א נאנטקייט צום אייבערשטן, און איך בין זיכער אז די שטארקייט האב איך געהאט נאר פון הערן אסאך די שיעורים.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט די נישט גוטע זאכן וואס איך האב געקוקט איידער איך בין אנגעקומען צו די שיעורים, איך האב שוין אסאך תשובה געטון, און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן איך זאל אלעס פארגעסן, אבער פון צייט צו צייט קומט מיר ארויף שלעכטע געדאנקען פון זאכן וואס איך האב געזען. וואס קען איך טון דערצו? איך וויל זיין אן ערליכע אידישע פרוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקן מאוויס איז א שטארקע נסיון, עס האט א שטארקע כח המושך, עס ציט דעם מענטש צו קוקן און ווען מען פאלט אריין אין דעם איז זייער ביטער, עס הרג'עט אלע גוטע חלקים פון לעבן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): דער יצר הרע האט זיבן נעמען, היינט - זאגט דער רבי - דארף מען אים צוגעבן אן אכטע נאמען, א נייער נאמען: 'כח המדמה'; דאס גייט ארויף אויף קוקן מאוויס, קליפס וכדומה לזה, עס איז איין גרויסער דמיון, וואס הרג'עט דעם מענטש.


בפרט אידישע פרויען דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום שלעכטס, ווייל ווי אזוי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער. אונזערע הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג:): "זְנוּתָא בְּבֵיתָא, תֻּקְפָּא בְּבֵיתָא", עבירות אין שטוב און כעס אין שטוב - "כְּקַרְיָא לְשׂוּמְשְׂמֵי", מאכט חרוב די שטוב, "אִידִי וְאִידִי בְּאִתְּתָא", דאס איז ביי די פרוי, ווייל אז די מאמע איז פארנומען מיט נישט גוטע זאכן - זאגט רש"י: "וְאֵינָהּ עוֹשָׂה מְּלַאכְתָּהּ וְלֹא מְשַׁמֶּרֶת בֵּיתָהּ", טוט זי נישט די שטוב ארבעט און די הויז ווערט א הפקר הויז; דארף א אידישע פרוי זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום זאכן.


אויף אייער פראגע ווי אזוי מען קען ארויסנעמען פון קאפ אלטע זאכן; אויב איר וועט זיך אסאך מתבודד זיין, אסאך רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, וועט מיט די צייט זיך טוישן די גאנצע מח, איר וועט ווערן א ריינע מאמע, א ריינע פרוי.


אויב איר האט צייט פרובירט צו זאגן תהילים יעדן טאג, תהילים ברענגט צו תשובה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר צוריק באקומען א נייע מח מחשבה, עס וועט ווערן ריין און לויטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - ווי אזוי קריך איך ארויס פון מיינע עקלדיגע תאוות?
קדושה, נסיונות, עבירות, תפלות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שעם זיך זייער צו פרעגן מיין שאלה, אבער איך ווייס אז פונעם ראש ישיבה שליט"א קען מען אלעס פרעגן, וועל איך זיך שטארקן און בעטן אן עצה אויף מיינע פראבלעמען.


איך האב א שטארקע תאווה צו קוקן אויף זיסע יונגע בחורים און קינדער, איך טו נישט קיין עבירות ב"ה, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן.


ווען איך גיי אין מקוה קען איך ממש זיך נישט היטן די אויגן, איך מוז קוקן ווי מ'טאר נישט. איך רעד נישט צו קיינעם און איך טו גארנישט, אבער איך קען זיך נישט צוריק האלטן פון קוקן. איך האב נישט קיין מעגליכקייט צו גיין אין מקוה ווען ס'איז ליידיג, און איך טראכט אז אפשר זאל איך אויפהערן צו גיין אין מקוה בכלל?


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך קענען מתגבר זיין, און איך זאג משניות, אבער וואס טו איך ביזדערווייל?


אויך וויל איך וויסן ווען עס פאסירט א מקרה לילה רחמנא ליצלן אינמיטן די נאכט, אויב דארף מען גלייך לויפן אין מקוה, אדער מ'קען ווארטן ביז אינדערפרי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו צו זאגן: "דו טוסט נישט קיין עבירות"? קוקן איז נישט קיין עבירה? טראכטן פון ניאוף איז נישט קיין עבירה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, ווייל דער מענטש ברענגט זיך צו טון עבירות; אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן.


נאך זאגן חז"ל (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעלסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין די מחלה פון קוקן וכו'; די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים, מען זעט מענטשן ווערן אזוי משוגע, מען זיצט שעות אין מקוה קוקנדיג אויף בחורים, אויך קען מען זען אין בית המדרש מענטשן וואס זענען נעבעך קראנק אין קאפ, שטייען און קוקן אויף יונגע בחורים וכו', וכו', ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן און נישט קוקן קיין עבירות, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפ פאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן. איך זוך צו קוקן אויף (זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו קוקסט) און נאכדעם פאל איך דורך אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, ממש דער לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; יעדעס מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי שוין זיין גוט און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אריין אין מיינע שלעכטע מעשים, איך בין אזוי קראנק צו קוקן אויף ... (זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו קוקסט) אז איך זע נישט א וועג ארויס, נאר דו קענסט מיר העלפן; איך בעט דיר אייבערשטער, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה אז איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טון קיין שלעכטס"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר געבן כח ארויס צו גיין פון אלעם שלעכטס.


אויף דיין פראגע וועגן מקוה וכו'; דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית איז דאס ערשטע זאך 'מקוה'. דעריבער זאלסטו גיין ווי פריער אין מקוה וועסטו אראפ נעמען פון דיר אלע שלעכטס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; גיי אין מקוה ווי פריער גלייך ווען דו שטייסט אויף, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


א ליכטיגן חנוכה.

#24 - זאל איך דאווענען אפילו ווען איך קען נישט אינזין האבן?
תפילה והתבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע חיזוק און שיעורים און פאר'ן מיר געבן א נייע לעבן.


מיין שאלה איז, ווען איך האב נישט געהעריג דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, צי מעג איך דעמאלט דאווענען און זאגן קריאת שמע אדער ברכת המזון וכדומה, אין די צייט וואס איך טראכט בכלל נישט אריין אין די ווערטער, נאר איך זאג אזוי ווי תהילים?


איך האב געהערט א דרשה פון איינעם וועגן אינזין האבן דאס דאווענען, איך זע אבער ביי מיר אז ווען איך האב לחץ אז איך מוז אינזין האבן, וועל איך בכלל נישט דאווענען. איך האב שוין אסאך פרובירט, אבער א מינוט שפעטער פליעט שוין מיין קאפ אוועק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו טרעפסט זיך אינמיטן דאווענען מיט שלעכטע מחשבות זאלסטו זיך נישט קריגן מיט דיינע מחשבות און זיי אוועק שטופן, נאר אנהייבן אינזין האבן פון דארט וואו דו האלסט, און אז דיין מחשבה פליט נאכאמאל אוועק זאלסטו זיך נישט קריגן דערמיט, נאר פרובירן אינזין האבן דארט וואו דו האלסט.


מען קען זיך נישט קריגן מיט א מחשבה; ווען מען זעט ווי די מחשבות הייבן אן אוועק פליען דארף מען טראכטן פון גוטע זאכן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער רבי זאגט (שם): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכט מחשבה.


נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "אֵין צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת מִלְחָמָה וּלְנַעְנֵעַ ראשׁוֹ אָנֶה וָאָנָה כְּדֵי לְגָרֵשׁ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט שלעכטע מחשבות אדער ווארפן די קאפ אהער און אהין אוועק צו שטופן די שלעכט מחשבה, "כִּי אֵין זֶה מוֹעִיל כְּלָל", ווייל עס וועט נישט העלפן, "אַדְּרַבָּא, עַל יְדֵי זֶה מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר", פונקט פארקערט, עס וועט נאר שטערקער מאכן די שלעכטע מחשבה, "רַק לִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק, בְּתוֹרָה אוֹ תְּפִלָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן", די בעסטע זאך איז מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם, מען זאל טראכטן פון תורה און פון תפילה און אפילו פון ביזנעס "וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל לַאֲחוֹרָיו כְּלָל וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא תִּסְתַּלֵּק", מען זאל בכלל נישט קוקן אויף זיי, וועלן זיי ממילא אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - ווי אזוי רייניג איך אויס מיין מח פון די מאוויס וואס כ'האב געקוקט?
קדושה, מאוויס, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק שיעורים און בריוו, ובפרט פאר די ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן וועגן אמונה. איך קוק שוין כמעט נישט קיין מאוויס ב"ה, איינמאל האב איך אבער געזען א מאווי ווי אן אנגעפילטע קאר פאלט אריין אין וואסער, און ווי אזוי מענטשן רעאגירן צו דעם, און זייט דעמאלט גייט עס מיר נישט ארויס פון קאפ, איך טראכט כסדר ווי אזוי איך וואלט רעאגירט צו אזא זאך, וועמען און ווי אזוי צו ראטעווען.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט טראכטן קיין נארישקייטן, אבער די מחשבות לויפן מיר נאך כסדר. איך דארף אן עצה ווי אזוי אינגאנצן אויסצומעקן פון מיין קאפ אלע שמוציגע, און אויך נישט שמוציגע, מאוויס וואס איך האב געזען.


אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן דעם פסוק וואס מ'דארף זאגן ביי די מזוזה ווען מ'גייט ארויס אין גאס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו הייבסט אן ארויסקריכן פון די מאוויס; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אינגאנצן אויפהערן קוקן מאוויס. ווייל ווען מען קוקט מאוויס בלייבט דאס נאכדעם אין די מח מחשבה און מען קען פון דעם נישט פטור ווערן נאר דורך די עצות פון הייליגן רבי'ן.


מאוויס איז די עבודה זרה פון בעל פוער בזמנינו; מוהרא"ש ברענגט פון הרב הקדוש מליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ער פרעגט (ליקוטי שיחות, ד'): דער פסוק זאגט (יהושע כב, יז): "אֶת עֲוֹן פְּעוֹר אֲשֶׁר לֹא הִטַּהַרְנוּ מִמֶּנּוּ עַד הַיּוֹם הַזֶּה", ביז היינט זענען מיר נאכנישט ריין פון די עבודה זרה פון פעור; די תורה איז דאך א נצחיות, ווי איז שייך היינטיגע צייטן די עבודה זרה פון פעור? זאגט ער, אז ווען מען נעמט נידעריגע זאכן, פסולת און דברים שפלים און מען האלט דאס חשוב, דאס איז די עבירה פון פעור, עיין שם; דאס גייט ארויף אויף שמוציגע מאוויס און שמוציגע מאגאזינען וואס ענטהאלטן נידעריגע און אויסגעלאסענע בילדער וכו', וואס דאס איז די נידעריגסטע זאכן וואס איז דא אויף דער וועלט. אז מען קוקט דאס און מען מאכט אן עסק פון דעם, דאס איז די עבירה פון פעור.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די עבודה זרה, ווייל ווען מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע מאוויס ווערט אויסגעריסן די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייט צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; און ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


אז דו ווילסט אויסמעקן די אלטע שלעכטע מחשבות זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון קוקן עבירות וואס ברענגט צו פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער פון די תורה; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אן פארשטיין, דורכדעם איז מען זוכה ארויס צו גיין פון די קליפות.


"הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן" (ישעיהו לג, ז), - זאגן דעם פסוק איז מסוגל צו האבן ריינע אויגן אין גאס; אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה' וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - דער מח פליעט מיר אוועק ביים דאווענען, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר די ענטפער און חיזוק וועגן זיך האלטן צו א קבלה, דער בריוו האט מיר זייער מחזק געווען.


יעצט האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מחשבות וואס לאזן נישט צורוה, בעיקר ביים לערנען און דאווענען. ווען איך הויב אן דאווענען הויבט מיר דער קאפ אן גלייך צו פליען אין אלע עקן וועלט, און אזוי אויך ביים לערנען קען איך זיך נישט צוזאמנעמען די מחשבה.


היינט האב איך אנגעהויבן דאווענען מיט א פעסטע החלטה אז איך גיי אינזין האבן די ווערטער, און א מינוט שפעטער טרעף איך זיך אין די אנדערע עק וועלט... ובפרט שלעכטע מחשבות וואס קומען ארויף פון יארן צוריק, ווי אזוי ווערט מען פטור פון דעם?


יישר כח, אהרן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דיינע תפילות טוען אויף אויבן אין הימל - אפילו עס איז פול מיט מחשבות זרות און בלבולים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכב): ווען א מענטש דאווענט און עס קומט אים אריין פרעמדע מחשבות, איז די עצה 'זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון', נאר ווייטער דאווענען ביז ער וועט זיך שטארקן איבער זיי, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לֵילֵך כְּסֵדֶר בִּתְפִלָּתוֹ וְלִבְלִי לְהַבִּיט לַאֲחוֹרָיו כְּלָל, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יִסְתַּלְּקוּ מִמֶּנוּ", מען זאל נישט צוריק טראכטן פון וואס מען האט געטראכט וכו' נאר מען זאל ווייטער דאווענען כסדר, און זיי וועלן פון זיך אליינס אוועק גיין.


פונקט אזוי ווי ביי א מלחמה ווען מען האט צו טון מיט רוצחים, ווען עס קומט א גיבור און גייט אריין צווישן זיי, אזוי גייענדיג צווישן די רוצחים האקט ער אפ - דעם א האנט און דעם א פוס וכו' וכו', אזוי אויך זאגט דער רבי: "וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כֵּן הוּא מַמָּשׁ בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה, שֶׁכְּשֶׁמִּתְפַּלְּלִין כְּסֵדֶר וְאֵין מַשְׁגִּיחִין עַל הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת וְדוֹחִין אוֹתָם וּמַפִּילָם אֲזַי בְּדֶרֶך הִלּוּכוֹ בִּתְפִלָּתוֹ הוּא חוֹתֵך לָזֶה יָד וְלָזֶה רֶגֶל וְכוּ', כִּי כָל מַחֲשָׁבָה זָרָה הוּא קְלִפָּה, וְהִיא קוֹמָה שְׁלֵמָה, כַּמּוּבָא, וּכְשֶׁמִּתְגַּבֵּר לְהִתְפַּלֵּל כְּסֵדֶר וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם אֲזַי הוֹרֵג אוֹתָם אוֹ חוֹתֵך מֵהֶם אֵיבָרִים אֵיבָרִים", אזוי אויך איז ווען עס קומען אריין בשעת'ן דאווענען שלעכטע מחשבות, וואס יעדע מחשבה איז א שלעכטע מלאך וואס ווערט באשאפן פון עבירות, ווען דער מענטש דאווענט ווייטער און ער קוקט נישט אויף די מחשבות זרות, דורכדעם האקט ער אפ פון די קליפות זייערע אברים, ביז ער איז זיי אינגאנצן מנצח.


ר' נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקצ): "פַּעַם אַחַת הָיָה קוֹבֵל אִישׁ אֶחָד לְפָנָיו זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֵיךְ שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל, כִּי הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת מְבַלְבְּלִין אוֹתוֹ מְאֹד", אמאל איז געקומען א איד צום רבי'ן זיך באקלאגן אז עס איז אים שווער דאס דאווענען, ווייל די מחשבות לאזן אים נישט צורוה, "הֵשִׁיב לוֹ רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מְקַבְּלִין זֹאת לְכַפָּרַת עָוֹן, וְחִיֵּךְ קְצָת", האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט: "נעמט מען דאס אן פאר כפרת עוונות"; ר' נתן איז דאס מסביר (שם) אז אלע מחשבות זרות וואס קומען צום מענטש ביים דאווענען און ביים לערנען, דאס זענען זיינע אייגענע עבירות, און אז דער מענטש דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נאר ער ווייסט אז דער אייבערשטער האט אים ליב און וויל אים מקרב זיין און נעמט אן זיינע תפילות; ער האט צער פון די מחשבות, און יעדעס מאל וואס עס קומען אים אריין די מחשבות בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועט דאס זיין פאר אים כפרת עוונות.


דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן און אויפהערן דאווענען ווען דו זעסט ווי די שלעכטע מחשבות זענען זיך אויף דיר מתגבר און זיי לויפן דיר נאך; ממש ביי יעדע תפילה קומען זיי אן, אנגעהויבן ביי שחרית, מנחה און מעריב קומען זיי און לאזן דיר נישט דאווענען, אזוי אויך ווען מען טוט א מצוה קומען זיי און נעמען אוועק דעם מח מחשבה, זאלסטו נישט אפלאזן דאס דאווענען און קיום המצוות, נאר זאלסט ווייטער דאווענען מיט א שמחה. דו פראביר אינזין צו האבן וואס דו דאווענסט, און אפילו עס גייט דיר נישט און דו האסט נישט אינזין קיין איין ווארט און דיינע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט, דאך זאלסטו פראבירן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דאווענען און אינזין האבן וואס דו זאגסט ארויס מיט דיין מויל, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדעס ווארט וואס דו דאווענסט.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט אין בית המדרש: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל דאווענען מיט כוונה. העלף מיר אז מיין מח זאל מיר נישט אוועק פליען בשעת'ן דאווענען צי בשעת איך טו אנדערע זאכן; יעדעס מאל מאך איך אפ מיט א פרישקייט אז 'היינט גיי איך דאווענען בכוונה' און איך טרעף מיר נאכן דאווענען אן אינזין האבן קיין איין ווארט. הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות; איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, נאר אביסלע נאנטקייט צו דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל לעבן מיט דיר און נישט מסיח דעת זיין פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - האט מען שוין אויפגעגעבן אויף מיר?
סיפורי צדיקים, אמונה, מורה דרך, ספיקות, בלבולים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


ווי אזוי קען דאס זיין? דער יצר הרע מאכט מיר באמת טראכטן אז איך בין דער ערגסטער מענטש, אז דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר נישט דערליידן, אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר נישט ליב, און אז די אלע חיזוק בריוו וואס איך האב באקומען איז נאר געווען פאר דעמאלט ווען איך בין נאך געווען גוט, אבער יעצט האט שוין דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעגעבן אויף מיר.


איך וויל אזוי שטארק אויפהערן טראכטן די נארישע מחשבות, אוועקווארפן די אלע נארישע חכמות, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז די וועג פונעם סמ"ך מ"ם, ער טוט צעברעכן דעם מענטש אז ער זאל טראכטן אויף זיך שלעכט און מיינען אז ער איז פארפיינטעט און פארהאסט ביים אייבערשטן, ער ברענגט כל מיני ראיות אז ער איז שוין פארפאלן און אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים חס ושלום און אז די צדיקים קענען אים נישט דערליידן.


נישט נאר ביי דיר איז דא די מחשבות, אלע גייען דאס אריבער, אויך ביים רבי'ן זענען די גרויסע תלמידים דאס אריבער, אויך מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען זיין טאטע האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און זיין ווייב האט אים אויסגעשפארט איז אים געווען דאס שווערסטע צו נעמען די נישט גוטע געפיל כאילו דער רבי אליינס איז אים מרחק, דאס איז אים געווען דאס שווערסטע, אויך האט דער רבי געהאט א תלמיד א גרויסער צדיק ר' יודל פון דאשוב, און ווען דער רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער אויך פארדרייט געווארן מיט די מחשבות אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'.


דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות. גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון שקר - קשר", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


לאז זיך נישט צעברעכן, און ווען די שלעכטע מחשבות קומען - איז די בעסטע וועג צו זאגן 'מיר איז נישט קיין חילוק אויב מען דארף מיך יא אדער נישט, איך דארף אבער יא דעם אייבערשטן, און איך דארף די צדיקים און איך וועל נישט אפלאזן די צדיקים וואס ברענגען אריין אין מיר די אמונה'; זיך נישט שלאגן מיט די נישט גוטע מחשבות, ווייל די וועג ווי אזוי דאס ארבעט איז, אז די סארט מחשבות ווערן נאר שטערקער און ערגער ווען מען טענה'ט מיט זיי, די ריכטיגע וועג ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון זיי איז נישט זיך קריגן מיט זיי.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - איבערטראכטן אלטע הלכה שאלות?
הלכה, תפילות אויף אידיש, ספיקות, שמחה, שאלות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין מנוחה פון אן אלטע מעשה. פאר עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט אסאך שאלות, און דעמאלט האב איך נישט אליין געפרעגט דעם דיין נאר מיין מאן פלעגט אלעס פרעגן. און נאכדעם האבן מיר אנגעהויבן ווארטן א שמחה, און ווען איך דערמאן זיך פון דעם האב איך נישט קיין מנוחה, ווייל איך טראכט אז ווען איך וואלט אליין געפרעגט וואלט מען מיר אנדערש גע'פסקנ'ט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די זאך פון איבער טראכטן נאכן פרעגן שאלות איז א שרעקליכע יצר הרע, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס האט נישט מיט קדושה, דאס האט מיט די יצר הרע וואס וויל צעברעכן; ווייל אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, מען האט געפרעגט ביים רב אדער דיין - טאר מען מער נישט איבער טראכטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זיין פרייליך, וועט איר האבן גוטע מחשבות. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די זעלבע אותיות פון בשמחה; דורך זיין פרייליך קען מען האבן גוטע מחשבות. אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה" ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ" איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ" מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת" אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו'; ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם.


 בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיך איך זאל זיין פרייליך, ביז איך זאל זיין אזוי שטארק פרייליך, איך זאל דיך שפירן אין אלע מיינע ביינער און אין אלע מיינע אדערן, די שמחה וועט קומען צו מיינע פיס און איך וועל טאנצן יעדן טאג פון גרויס שמחה אויף די גרויסע חסדים אז איך בין איד און אז איך קען טון דיינע מצוות.


אנא השם איך בעט דיר אייבערשטער, הרחק ממני את העצבות והעצלות, נעם אוועק פון מיר די דערביטערטקייט און די פוילקייט, העלף מיר איך זאל יעדן טאג רעדן מיט אנדערע פון דאס גרויסקייט פון שמחה, איך זאל זוכה זיין צו קענען פרייליך מאכן אנדערע, און אזוי וועל איך אליין זוכה זיין צו זיין פרייליך, און בזכות וואס איך וועל זיין אזוי שטארק פרייליך וועל איך נכלל ווערן אין דיר, ביז איך וועל קומען צו זען נאר דיך, איך וועל גארנישט זען נאר דיך.


העלף מיר הייליגער באשעפער איך זאל זוכה זיין צו האבן א קלארע לויטערע ריינע אמונה, איך זאל געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו באשעפער, און זיי מיר מוחל אלע מיינע עבירות, און איך זאל גארנישט וועלן נאר זיין מיט דיר, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - פארוואס טראכט איך שלעכטע זאכן פאר'ן שלאפן?
סיפורי צדיקים, קדושה, אשר בנחל, שמחה, דרשות, שלאפן, שמירת עינים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האלט אין משניות מער ביים סוף, און איך מאך ברוך ה' התבודדות.


לעצטנס ווען איך גיי שלאפן קומט מיר ארויף אין קאפ נישט איידעלע בילדער און אויסגעלאסענע פרויען, און עס איז מיר שווער צו איינשלאפן, איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה אויף דעם.


אויך וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף לערנען גמרא, ביי משניות רוק איך זיך ברוך ה', ווייל איך זאג עס צופרי אויפ'ן באס, אבער גמרא זאג איך נישט געווענליך, וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף דעם.


אזוי אויך לעצטנס פיל איך זיך זייער אראפגעשלעפט און צעבראכן, איך רעג זיך אויף מיינע געשוויסטער, אבער איך ווייס נישט פארוואס, עס קען זיין אז אלעס האט א שייכות, אבער איך פיל זיך זייער צעבראכן.


איך וויל דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט זאלסט זיך לייגן שלאפן מיט א מעשה ביכל פון צדיקים, אדער מיט די בריוו פון התחזקות וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין ספר אשר בנחל און דאס גלייכן, אויך קענסטו הערן א שיעור התחזקות און אזוי איינשלאפן, וועסטו האבן א הייליגע שלאף; עס איז גאר אנדערש ווען מען שלאפט איין מיטן רבינ'ס התחזקות, מיט אמונה און שמחה.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו היטן דיינע אויגן, און ווען דו ביסט אונטערוועגנס זאלסטו אריינקוקן אין א ספר, נישט מפקיר זיין דיינע אויגן.


עס שטייט פון צדיקים, אויפן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו קדושה? "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", אז מען היט די אויגן אונטערוועגנס; ווייל אז מען היט די אויגן ווערט מען פרייליך, און מען איז זוכה צו ריינע מוחין, און מען איז פרייליך, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און צו אלעס גוטס.


זיי פרייליך, טו אלעס אבי צו זיין פרייליך.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#18 - פארוואס טראכט איך אזויפיל שלעכטע מחשבות?
אמונה, ספיקות, שמחה, זעלבס זיכערקייט, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, און ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און פאר אלע אידן.


איך האב געוואלט עפעס זאגן, מחשבות וואס איך טראכט טאג און נאכט, עס זעצט אין מיין קאפ און עס לאזט נישט קיין מנוחה, מיין קאפ איז נישטא.


די מחשבות זענען ווי פאלגנד: איך פיל ווי איך האב זיך פיינט, איך וויל זיך צעפליקן און צערייסן, איך קען זיך נישט ליידן; נישט ווי אזוי איך זע אויס, נאר פאר ווער איך בין און פאר וואס איך טו, איך בין אזוי אויפגערעגט אויף מיר, פארוואס? ווייס איך נישט, סתם אזוי, איך פיל זיך ווי דער ערגסטער מענטש וואס איז פארהאן, ספעציעל ווען איך הויב אן וויינען אז איך טראכט די זאכן, פיל איך ווי איך וויל זיך אין דער ערד לייגן, די ערד זאל זיך עפענען און מיך באגראבן, ווייל איך בין אזוי נישט פרייליך. וואס געשעט ווען איך דערזע זיך אין אזא מרה שחורה און עצבות? איך הויב אן טראכטן אז עס איז א שאד מיך צו חתונה מאכן, ווייל א פרוי וואס איז נישט פרייליך צעגראדזשעט איר מאן, און אויך קען מען נישט געבן פון זיך, איז א שאד צו אנמאכן אזא צרה, און אויך זאגט דער רבי אז מען דארף שטיין ווייט פון עצבות און מרה שחורה און נאר זיין פרייליך, אבער אין מיין קאפ זעט נישט אויס ווי עס איז דא פאר מיר א מעגליכקייט נאך אמאל צו זיין פרייליך, ווייל שוין דאס איז עס, פרייליך קען איך נישט זיין.


איך ווייס גאנץ גוט אז די עצה פאר מיר איז נאר עס צו זאגן פאר'ן אייבערשטן, אבער איך האב א קשיא, פארוואס ווען איך בין נישט אזוי געדרוקט מיין הארץ רעד איך צום אייבערשטן א מחי', אבער יעצט ווען נאר דאס איז מיר נאך געבליבן צו טון, קען איך נישט ארויסרעדן קיין איין ווארט צום אייבערשטן פון דעם נושא, אנדערע זאכן יא, אבער דאס נישט.


איך פיל ווי איך גיי אונטער, איך פיל ווי איך קען שוין נישט דערהייבן מער, איך דערטרענק זיך יעדן טאג אין די ים פון די מחשבות, הלוואי זאל איך נאכאמאל אנהויבן מיין לעבן, איך פיל זיך ווי אויף א תלי', און ווי מ'גייט מיך אט אט הענגען.


וואס איז די מעשה מיט מיר? פארוואס טראכט איך אזוי? איך בין נישט אין ארדענונג, איך פיל ווי איך וויל שרייען צום אייבערשטן: "ראטעוועט!!!" אבער איך קען נישט.


איך אנטשולדיג זיך פאר'ן נישט ענדיגן די בריוו, אבער איך קען מער נישט שרייבן, עס איז פונקט גענוג, איך מיין אז איך דארף מער נישט שרייבן.


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אנשטאט טראכטן אזוי סאך פון זיך, אויב מען איז יא אדער נישט, דארף מען ענדערש טראכטן פונעם אייבערשטן, מען דארף טראכטן 'עס איז דא א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן און ער געבט אלעמען לעבן, ער איז אלעס און אלעס איז ער'; ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי מער מען חזר'ט די הייליגע אמונה – אלץ מער פרייליך ווערט מען, און די נארישע מחשבות צי מען איז יאר ווערד אדער נישט, צי מען איז די ערגסטע מענטש אדער די בעסטע מענטש, די אלע זאכן ווערן בטל ומבוטל, ווייל ווי נאר מען חזר'ט אמונה – ווערט ליכטיג, די אויגן עפענען זיך אויף, מען הויבט אן זען די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, מען קען זיך מער און מער ליידן, ווייל אלעס איז אייבערשטער.


דערפאר בעט איך אייך, חזר'ט זיך אמונה, חזר'ט זיך 'אין עוד מלבדו', חזר'ט זיך 'ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה, שם אלופו של עולם'.


אויך זאלט איר אלעס טון צו זיין פרייליך, הערט לעבעדיגע נגונים פון אמונה, אויך טאנצט און שפרינגט, אויך מאכט זאכן וואס מאכן אייך פרייליך, ווייל שמחה איז די עצה פאר די נארישע מחשבות. העיקר זאלט איר זיך פרייען אז איר זענט א איד און איר טוט מצות פארן אייבערשטן, און אז דער אייבערשטער האט אייך ליב.


אויך מאכט יעדן טאג א צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן. נעמט אפאר מינוט און דאנקט אים, וועלן די מחשבות אוועק פליען און איר וועט אנהויבן זיך זייער שטארק ליב האבן.

#17 - ווי אזוי נעם איך ארויס פארדרייטע מחשבות פון קאפ?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' זייער גוט צו מיר, מיר פארברענגען גוט צוזאמען און מיר פארשטייען זיך ברוך ה'.


איך האב אבער א פראבלעם אז איך האב נישט באמת אן עכטע געפיל צו אים, איך האב אים זייער ליב אבער מיין מח פליעט אלץ אוועק צו שלעכטע מחשבות, צו טראכטן פון אנדערע מענטשן, און איך קוק אלץ אויב אנדערע קוקן אויף מיר.


איך פרוביר זייער שטארק זיך צו שטארקן איבער די מחשבות, אבער זיי לאזן נישט נאך, עס שטערט מיך זייער שטארק, איך וויל אז מיין מח זאל זיין אינגאנצן מיט מיין מאן, נישט טראכטן פון אנדערע סארט זאכן חס ושלום, און וויפיל איך פרוביר אויסצורייסן די שלעכטע פארדרייטע מחשבות פון מיין קאפ, פליעט אבער מיין מח אוועק צו אלע אנדערע זייטן.


מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, און איך וויל אים ליב האבן מיט'ן גאנצן הארץ און געפיל, אבער עס גייט מיר נישט, מיין קאפ לויפט מיר אלץ צוריק צו טראכטן פון מיינע אלטע חבר'טעס, און דאס מאכט שוין אויך אז עס זאל מיך אנהויבן שטערן אנדערע זאכן פון אים ווי אזוי ער פירט זיך אויף.


וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד מען רעדט נישט צו מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינטשאפט, מען זאל זיך נישט שפילן איינער מיטן צווייטנ'ס קערפער, ווייל אויסער וואס דאס איז אן עבירה, דאס איז מעשה ארץ מצרים און מעשה ארץ כנען וואס די תורה זאגט (ויקרא יח, ג): "לא תעשו" - וועט מען אויך ליידן ווען מען האט חתונה. מען קען נישט ווערן נאנט מיטן מאן, מען קען נישט אויפשטעלן א שטוב אינאיינעם, עס בענקט צו נישט גוטע פריינטשאפט וכו' וכו'.


אבער אפילו ווען עס ציט צו נישט גוטע זאכן און אויך האט מען געטון נישט גוטע זאכן, און מען האט נישט קיין געפיל צום מאן וכו' וכו' - איז נאך דא א וועג צו ווערן אויסגעהיילט, און אז מען וויל זיך טאקע היילן, דער מענטש וויל ארויסגיין פון די נישט גוטע פלאץ - קען מען דורך תפילה והתבודדות אויסגעהיילט ווערן. דורכדעם וואס מען באשטימט זיך א צייט און א פלאץ יעדן טאג צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ווערן אויסגעהיילט, מען זאל ווערן ריין, ביז מען ווערט אויסגעהיילט.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, לייגט צו אייערע אייגענע ווערטער, לייגט צו ווערטער פון הארץ, בעטס: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך און איך לויב דיך פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס.


איך האב א פראבלעם וואס לאזט מיך נישט אנגיין מיט די חתונה געהאטע לעבן, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין געזונט, נישט גליסטן נאך די עקלדיגע אויפפירונג ווי די מצרים און די כנענים פירן זיך. הייליגער באשעפער נעם ארויס פון מיר די שלעכטע מחשבות, העלף עס זאל זיין חן און ליבשאפט צווישן מיר און מיין מאן, העלף אונז, מאך רוען די שכינה ביי אונז, מיר זאלן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט".


מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען זוכה זיין צו זאכן וואס זענען שלא כדרך הטבע, מען קען זיך אינגאנצן טוישן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - וואס וועל איך טראכטן אונטער די חופה?
חתונה, שמירת עינים, מחשבות, חתן, יום החופה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט אז מען זיך זייער היטן די מחשבות וואס מען טראכט, ספעציעל א חתן ווען ער שטייט אונטער די חופה.


ליידער בין איך אסאך נכשל געווארן אין קוקן שרעקליכע זאכן וואס מען טאר נישט קוקן, און איך האב מורא אז פונקט אין די געהויבענע צייט אונטער די חופה, ווען איך דארף זיך נאך מער היטן וואס איך טראכט, וועלן זיך דוקא דעמאלט מתגבר זיין אויף מיר שלעכטע מחשבות; וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז די יום החופה איז זייער א הייליגע טאג, מען איז זוכה צו מחילת עוונות. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (קונטרס יום הנישואין, סימן א), יום החופה איז אזא הייליגע טאג, חתן כלה וואלטן געקענט אויסבעטן גרויסע זאכן פאר זיך און פאר אלעמען, נאר א שאד מען האט דאס געגעבן פאר קליינע קינדער.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין פארנומען מיט דיין עבר טאג און נאכט, איין מאל א טאג זאלסטו זיך באשטימען א צייט וואס דו טוסט תשובה, און א גאנצן טאג זאלסטו נאר זיין פרייליך; זיכער יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן, דו גייסט מאכן רוען די שכינה - זאלסטו נאר זיין פרייליך. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטשט טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


אונטער די חופה זאלסטו בעטן פאר ערליכע געזונטע הייליגע דורות און פאר אידישע קינדער. אז מען איז פארנומען צו דאנקען און בעטן - איז נישטא קיין צייט פאר נישט גוטע מחשבות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רלג): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלֹּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורכדעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה, תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליין אוועק די שלעכטע מחשבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א גוטן חודש.

#15 - זאגן פאר מיינע עלטערן ווי אזוי צו העלפן זייער קינד?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, רפואה, משפחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן אונז געבן אזא זיסע וועג אין לעבן, יישר כח פאר די עצתו אמונה, פאר די שיעורים, און א באזונדערע יישר כח פאר די מוסדות, אונזערע קינדער בליען און וואקסן ברוך השם.


מיין יונגסטער ברודער איז צען יאר אלט, א שטילער וואוילער אינגל, לעצטנס איז ער אריין אין שטארקע נערווען פון איבערזאגן גוט די ווערטער פון דאווענען, און זיך איבערוואשן א גאנצן טאג, ווי מען רופט עס (OCD) אה. סי. די., מיינע עלטערן זענען טייערע וואוילע מענטשן, זיי האבן אבער נישט דעם רבינ'ס עצות, זיי טשעפען אים, פארשעמען אים, און זאגן אים קריטיק אן א מאס. ער איז לעצטנס זייער פארקלעמט און וויינט אסאך, ער גייט אריין אין בעט אינמיטן טאג, דעקט זיך איבער און וויינט, מיין שאלה איז, צי קען איך עפעס טון פאר דעם?


מיין מאמע איז א לערערין אין א היימישע שולע, זי האלט אז זי פארשטייט די בעסטע צו חינוך און נעמט נישט אן וואס אן אנדערער זאגט. איך זאג זיי גארנישט, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז אז מען טאר גארנישט זאגן פאר עלטערן, צי מעג איך אבער שטיין אין די זייט און זען ווי מיין ברודער גייט צוגרונד?


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דעם, און איך פרוביר אים צו געבן גוטע ווערטער ווען איך קען נאר, איז עס גענוג?


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען קלאר מאכן וואס איז ריכטיג צו טון, און א באזונדערע יישר כח פאר'ן אונז לערנען א וועג ווי אזוי אויפצובויען אונזערע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט יא רעדן צו אייערע עלטערן, דערציילט זיי וואס איז אונזער צוגאנג מיט א קינד וואס האט די סארט מחשבות, און זיי פרעגן בדרך כבוד אויב זיי ווילן ענדערש פרובירן די וועג פון רבי'ן, ארויסטרייבן די שלעכטע מחשבות דורך אויסרימען און אויפהייבן וכו', און אזוי וועלן אוועק גיין די סארט שלעכטע מחשבות וכו'.


דערציילט זיי וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) אז אויב חס ושלום מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, און ווער רעדט נאך אויב די סארט שלעכטע מחשבות כאפן זיך אריין אין קינדער; טאר מען נישט מאכן קיין עסק דערפון. ווייל עצבות איז די ערגסטע זאך פאר די סארט מחשבות, דער רבי זאגט (שם): "עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי", זיין דערביטערט און דעפרעסט איז געפערליך פאר די סארט מחשבות; די עצה איז נאר אויסרימען און אויסלויבן און געבן אסאך כבוד, ביז דער קינד וועט פרייליך ווערן און די מחשבות וועלן אוועק גיין.


פאר אלע וואס ליידן פון די שלעכטע מחשבות פון או. סי. די. זאלן וויסן אז די עצה איז נישט זיך צו שלאגן מיט די מחשבות, ווייל דער רבי זאגט (שם): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", ווי מער מען שלאגט זיך מיט די מחשבות ווערן זיי נאר ערגער און שטערקער; אזוי ווי די עצה איז, זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, איגנארירן די מחשבות און נעמען די עצות פון צדיק.


עלטערן דארף מען זייער מכבד זיין, אבער מען מעג און מען דארף העלפן היילן א ברודער וואס ליידט וכו', מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מיינע תפילות זענען נישט חשוב ביים אייבערשטן?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, בלבולים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן פון שידוכים, עס איז מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ, און איך שפיר אז דאס דערווייטערט מיר פונעם אייבערשטן.


איך פרוביר אסאך צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן, אסאך צו רעדן צום אייבערשטן און צו זיין נאנט מיט אים, איך שפיר אבער צומאל אזוי ווי דער אייבערשטער הערט מיר נישט אויס חס ושלום, אז ער ענטפערט מיר נישט, און ווער ווייסט ווען ער וועט מיר יא ענטפערן, און עס איז מיר זייער שווער אז איך געפין זיך אין אזא שווערע מצב פון הסתר פנים, איך וויל אזוי שטארק צו זען און שפירן דעם אייבערשטן, און איך וויל שוין אזוי שטארק אויפשטעלן אן אייגענע אידישע שטוב.


צומאל ווער איך זייער צעבראכן פון דעם, וואס איז די מעשה? דער אייבערשטער וויל נישט איך זאל אויפשטעלן א אידישע שטוב? ער דארף נישט האבן מיינע אלע תפילות וואס איך בעט אים אויף א הייליגע און ערליכע אידישע שטוב? אויף ערליכע קינדער? עס איז שוין גענוג פאר'ן אייבערשטן אז מיינע חבר'טעס האבן שוין אויפגעשטעלן שטיבער, מיין שטוב איז נישט אזוי וויכטיג ביי אים?


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה און חיזוק פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, די מחשבות וואס זאגן אייך אז דער אייבערשטער דארף אייך נישט - דאס זענען נישט קיין כשר'ע מחשבות, דאס קומט פון די סטרא אחרא. קלאפט ארויס די טריפה'נע מחשבות, און זאגט אייך: "דער אייבערשטער האט מיך זייער ליב", און דאס וואס איר ווארט אויף אייער שידוך - דאס ווייסן מיר נישט; מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר גלייבן אז יעדע זאך איז פאר אונזער טובה, און מיר דארפן נאר עוסק זיין אין תפילה און אין שירות ותשבחות צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב אונזערע תפילות.


פארלירט זיך נישט, האט חס ושלום נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן. זייט ווייטער מתפלל, דער אייבערשטער ווארט אויף אונזערע תפילות, אבער חס וחלילה האבן א פינטל טענות אויף די אמונה.


איר וועט בקרוב טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - פארוואס הערט מען אריבער פון די שכנים?
שמחה, בלבולים, מחשבות, שכנים, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נעכטן געווען אויף זייער שפעט, איך האב נישט געקענט איינשלאפן, איך האב נאכאמאל געקענט אריבערהערן פון די שכנים זייערע פריוואטע געשפרעכן און גערודער ביז עס איז געווארן אינגאנצן שטיל. איך האב שוין געקויפט די "נויז-מאשין" וואס מאכט א קול, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געזאגט, אבער עס העלפט נישט.


אויך קען מען הערן מוזיק פון זיי, און די נויז-מאשין האט נאר צוגעלייגט צו די רעש, עס האט נאר געמאכט קאפ וויי, דאס הערט נישט נישט דורך די וואנט אזוי ווי די מוזיק, דאס הערט פון דאך וואס שאקלט זיך, און דעריבער העלפט נישט די נויז-מאשין.


און דערנאך הויב איך זיך אן צו זארגן אז אפשר קענען די שכנים אויך אריבערהערן פריוואטע זאכן פון אונז, איך הויב אן ווערן נערוועז אז אפשר זענען די פורהאנגען נישט גוט פארמאכט, איך טראכט פון אלעס אויסער פון וואס מען דארף טראכטן, און דערנאך טראכט איך אז מען טאר דאס נישט טראכטן און עס מאכט מיר נאר מער טראכטן פון נישט גוטע זאכן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע מחשבות וואס דרייען זיך אין קאפ אויב די שכנים הערן אריבער און אויב איר הערט פון זיי, און די מחשבות ווערן שטערקער און שטערקער ביז מען קען שוין גארנישט טון, נאר שטיין און אויסשפיצן די אויערן אויב מען וועט הערן עפעס וכו' וכו'; די עצה פאר דעם אלעס איז שמחה, זיין פרייליך, שמחה פארטרייבט די שלעכטע מחשבות, שמחה פארברענט אלע קליפות.


די מאשין וואס מאכט א גערודער העלפט נישט ווען מען איז נישט פרייליך, ענדערש נעמט א מאשין וואס זינגט לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן יד): "עַל יְדֵי זֶמֶר", דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, "תָּבוֹא לִידֵי שִׂמְחָה", וועסטו ווערן פרייליך.


ביים רבי'ן איז געווען שמחה די וויכטיגסטע זאך, ווייל ווען מען איז בשמחה האט מען אן אפענע מח און אן אפענע הארץ צו קענען דינען דעם אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים, איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען מיט די תלמידים האבן זיי געמאכט א ווערטל, "ובדחי רבנן", אזוי זענען די תלמידים פרייליך געווארן (שבת ל:), רש"י זאגט: "נפתח לבם מחמת השמחה", די מח האט זיך געעפנט פון זיין פרייליך, אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות שם, סימן כא): "עַל יְדֵי שִׂמְחָה תְּפִיסַת הַמֹּחַ נִתְגַּדֵּל", דורך שמחה ווערט דער מח גרעסער, מען קומט צו מוחין דגדלות, אלע נערווען און אלע דמיונות – אנטלויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - פארוואס קומט מיר אריין שלעכטע מחשבות ביים מצוה טאנץ?
שלום בית, חתונה, קדושה, מנהגים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער א מאדנע געפיל וואס איך באקום יעדעס מאל איך גיי צו א חתונה. ביי די מצוה טאנץ הויב איך טראכט ווי גוט און געשמאק איז פאר די חתן כלה וואס הויבן יעצט אן זייער לעבן פון פריש, און מיט דעם ברענגט דער יצר הרע אריין אין מיר שלעכטע מחשבות אז איך בין באמת נישט אזוי צופרידן פון מיין ווייב, און מיט דעם וויל ער מיר מאכן טרויעריג און הרג'ענען דאס לעבן פון מיר און פון מיין ווייב, כאטש וואס באמת בין איך זייער פרייליך מיט מיין ווייב, און מיר האבן זייער א גוט לעבן אינאיינעם ברוך ה'.


אין זכות פון די שיעורים וואס איך הער כסדר, ווער איך נישט פארלוירן, איך קוק נישט וואו מען דארף נישט, און דאס ראטעוועט מיך אז איך זאל זיך קענען דערהאלטן און זיך מחזק זיין, און נישט פאלן מער.


איך וויל זייער שטארק הערן פון איינעם אז איך בין בסדר, אז איך בין נישט קיין בעל עבירה, אז איך בין א נארמאלער מענטש. עס הרג'ט מיך אז איך פיר זיך אויף אזוי און אז איך טראכט אזעלכע נארישע געדאנקען.


איך בין זייער מכיר טובה פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די גוט לעבן וואס איך האב באקומען דורך די שיעורים, אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות מיט'ן לערנען און דאווענען, און סיי בגשמיות אין אלע ענינים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב נישט ביי קיין מצוה טאנץ, וואס האסטו צו זיצן ביי מצוה טאנץ? מצוה טאנץ איז געמאכט נאר פאר די געשוויסטער און פאר די זיידעס, מוהרא"ש שרייבט אז די מצוה טאנץ איז זייער א הייליגע זאך, עס האט נאך א מקור אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (כתובות טז:): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", שיטת בית שמאי און שיטת בית הלל.


אויך רעדט דער הייליגער רבי פון די סודות פון מצוה טאנץ (שיחות הר"ן, סימן פו). די סוד פון בדחנות איז מרומז אין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות סא.): "אשה עולה עמו ואינה יורדת עמו". אויך רעדט דארט דער רבי פון די סוד פון רופן די געלט וואס מען געבט פארן בדחן - 'שבת', דאס איז די ראשי תיבות פון די פסוק (תהלים סח, יג): "וּנְוַת בַּ'יִת תְּ'חַלֵּק שָׁ'לָל", ראשי תיבות שבת. אויך רעדט דער רבי פון די סודות פון טאנצן ארויף און אראפ, און פון זיך דרייען וכו'; אין דעם איז מרומז די סוד פון (בראשית מו, ד): "אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה", ווייל די גאנצע גלות מצרים איז דאך געווען מתקן צו זיין די ניצוצות פון אדם הראשון, און די חתונה איז דאך תיקון הברית, בחינת "אָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה", עיין שם.


אבער מען דארף וויסן אז טאקע די מנהג פון מצוה טאנץ איז אז מען איז מכבד די זיידעס פון חתן כלה און די עלטערן פון חתן כלה, און די ערשטע איז מען מכבד צדיקים און גדולי הדור - אבער מער פון דעם האט נישט קיין פשט; דאס וואס מען רופט אויס פעטערס און עלטער פעטערס, און אזוי ווייטער - דאס איז נישט גוט, מען דארף זיך זייער אכטונג געבן אז די סטרא אחרא זאל זיך נישט אריינמישן אין אזא הויכע און הייליגע צייט וואס די חתן כלה טאנצן, וואס דעמאלט ווערט א יחוד אין אלע עולמות, און אויך איז דאס מסוגל פאר געבוירן קינדער, און פאר די חתן כלה'ס אייביגע תיקון.


אז דו דארפסט גיין צו א שמחה פון א קרוב - זאלסטו גיין פרי, און אהיים גיין איידער די מצוה טאנץ - וועסטו זיך איינשפארן אלע שלעכטס, און אויב עס איז גאר נאנטע משפחה וכו', ווי מען דארף זיצן וכו' - זאלסטו זיך מיט נעמען א קליין חומש'ל, א קליין משניות'ל וכדומה, און גורס זיין פרקים משניות, וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#11 - פארוואס וויל איך זיך נעמען דאס לעבן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, מחשבות, זעלבסמארד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות און חיזוק. איך גיי דורך שוועריגקייטן אין לעבן, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין.


לעצטנס האב איך ליידער אנגעהויבן צו באקומען שלעכטע מחשבות אז איך וויל זיך הרג'נען, חס ושלום. ברוך ה' אז עס איז נאר מחשבות און נישט מער.


וואס קען איך טון זיך צו העלפן אפשלאגן די מחשבות? פון וואס קומען די מחשבות? איך פרוביר שטארק צו טון דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער און עצות, איך בין זיך שטארק מחזק אין די אמונה.


איך בעט חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי שנעלער, ווייל די מחשבות בוזשעווען און איך וויל עס זאל ווערן קלענער און אוועקגיין, נישט גרעסער ווערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיך הרג'ענען וועט דיר נישט העלפן, עס איז בכלל נישט קיין עצה; ווי ביטער עס איז דיר יעצט - איז אין קבר אסאך ערגער. מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דארט טוט זיך, רבי נתן האט זיך אויסגעדרוקט: "אלעס קען איך אויסטראכטן, און אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן, אויסער איין זאך, איך קען זיך נישט אויס'משל'ן די ברוך הבא אין קבר"; ווען מען וועט ענדיגן פארדעקן די ערד, די ברוך הבא פון די טונקלקייט, פון די מייז, פון די מלאכי חבלה; עס כאפט א פחד און א שרעק.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז שמחה, זאלסט זיך פרייען מיט 'שלא עשני גוי', פריי זיך אז דו ביסט א איד, און זאלסט הערן לעבעדיגע מוזיק און טאנצן און שפרינגען און טון אלעס וואס מאכט פרייליך, עסן זיסע געשמאקע עסן, און טון אלעס וואס נוצט פאר שמחה.


אויך איז פאר דיר זייער וויכטיג זאלסט גיין יעדן טאג אפאר מינוט אליין מיטן אייבערשטן זיך אויסשמועסן, דערציילן די מחשבות, דערציילן וואס דו טראכסט, אז דו ווילסט זיך הרג'ענען וכו' וכו', און אים בעטן מיט הייסע טרערן: "הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? ווי קומט צו מיר די מחשבות? פארוואס בין איך נישט פרייליך? פארוואס בין איך בעצבות? אנא הרחק מעלי את העצבות והמרה שחורה, איך בעט דיר אייבערשטער, דערווייטער פון מיר די עצבות און דעפרעסיע, מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון רוב שמחה, און יעדער ארום מיר זאל ווערן פרייליך, אנא השם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל לעבן מיט די געדאנק אז אלעס ביסטו, אלעס איז אלוקית און אלוקית איז אלעס, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז אין סוף ברוך הוא".


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, פארלייג זיך אויף די צוויי נקודות, שמחה און התבודדות; ביז דו וועסט צוריק ווערן פרייליך און נישט וועלן זיך הרג'ענען, נאר וועלן אויסגיין צום אייבערשטן פון גרויס בענקשאפט און פון גרויס שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - א"ו ס"י ד"י מיינט שלעכטע מחשבות?
קדושה, רפואה, תפילה והתבודדות, שמחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט פאר איינעם וואס רעדט זיך אפ אז ער ליידט אויף א"ו ס"י ד"י (OCD), ער דארף כסדר איבערקוקן אויב די טירן און פענסטער זענען גוט פארמאכט, אויב די געז איז אינגאנצן פארלאשן, און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע"ב) אז ווי מער מען קוקט צוריק צו די שלעכטע מחשבות, אלץ מער וועלן די מחשבות זיך מתגבר זיין, און דעריבער שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "די עצה פאר א"ו ס"י ד"י, די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער".  


ווען מען קוקט אבער אריין אין די תורה זעט מען קלאר אז דער רבי רעדט פון די יצר הרע פון עריות, ווי דער דער רבי שרייבט דארט "יצר הרע המזוהם, העב הגשמי, לבבו הערל". וואלט נישט בעסער געווען צו שרייבן קלאר אז דער רבי רעדט פון דעם, אדער האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס גייט אויך ארויף אויף א"ו ס"י ד"י?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהערט פון א גרויסן דאקטער עליו השלום, א תלמיד היכל הקודש, א תלמיד פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ספרים יעדע מחלה וואס איז דא היינטיגע טעג; ווי דער הייליגער רבי האט שוין פאראויס גערעדט פון די אלע זאכן, איינע פון די זאכן וואס ער האט מיר דערציילט איז פון די מחלה או. סי. די. מוהרא"ש האט אים געוויזן ווי דער רבי רעדט פון דעם אין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב. אויך האט ער מיר איבערגעזאגט אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ווערטער די ביטערע מחלה, וואס מוהרא"ש פלעגט ווינטשן פאר די עמלקים; דאס שטייט אין תורה תקעו ממשלה (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן א', אות יא) וואו דער רבי זאגט: "יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בְּחִינַת צוֹמֵחַ" וכו', עס איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש, "כְּמוֹ כֵן יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁגָּדֵל בָּאָדָם כַּמָּה שָׁנִים", אמאל איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש אפאר יאר, "וְיֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בָּאָדָם בְּתוֹלָדָה מֵאָבִיו וְאִמּוֹ וְאֵינוֹ נִתְגַּלֶּה אֶלָּא לְעֵת זִקְנוּתוֹ", נאכדעם איז דא קרענק וואס איז גענעטיש, פון די עלטערן, וואס שטילערהייט ליגט עס באהאלטן אינעם מענטש און אויף די עלטער קומט עס ארויס רחמנא לצלן, עיין שם.


דער עיקר עצה פטור צו ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות, סיי פון ניאוף און סיי פון נערווען, שרעק, דמיונות וכו' - איז התבודדות און שמחה; די צוויי עצות האט דער רבי זייער אסאך גערעדט, ווייל אין דעם איז אנגעהאנגען אלע רפואות


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל
סיפורי צדיקים, התבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען מאכט התבודדות מוז מען ארויסזאגן די ווערטער מיט'ן מויל, אדער איז גענוג אז מען טראכט עס מיט מחשבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים.


התבודדות איז נישט טראכטן, התבודדות איז רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי א זון רעדט צו זיין טאטע און אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, דאס ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און דאס האט דער רבי גערעדט מיט אונז, און מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד) דער רבי איז געגאנגען א שפאציר מיט רבי נתן, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט די ווערטער: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד' - האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר - וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, וואס טו איך?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, נסיונות, עבירות, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין יעצט אין א קיאסק, און דער יצר הרע ברענט אין מיר אז איך זאל זוכן שמוץ, איך זוך און זוך, און איך זע זיך נישט ארויס פון דעם.


ס'איז דא א פילטער, אבער מיין מח איז אזוי שוואך אז איך זוך שוין אויף קליידער, איך וויל זיין גוט, איז נאך דא פאר מיך א וועג ארויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג אסאך משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיינע מחשבות, און געב זייער אכטונג אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, נאך זאגן די הייליגע חכמים (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעילעסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט פאסירט אמאל ביים רבי'ן אין שטוב פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".


איין עצה איז דא, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, ראטעווע מיך פון עבירות, היט מיך מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מחשבות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מעג מען זיך אויס'משל'ן א געשטאלט פונעם אייבערשטן?
אמונה, שמחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך און מיין ווייב האבן זייער הנאה און באקומען חיזוק אסאך פון די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר הערן ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיין ווייב האט מיר נאר געזאגט אז זי האט א פראבלעם אז ווען זי טראכט פונעם אייבערשטן, האט זי א פאנטאזיע אין קאפ ווי אזוי דער אייבערשטער זעט אויס, עפעס אזוי ווי א געשטאלט פון א קעניג אויף פייער. איך וואלט געוואלט וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו טראכטן אזוי, און אויב איז עס א פראבלעם, וואס איז די עצה אויף דעם?


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט ענטפערן אויף מיין שאלה, ווייל עס שטערט איר זייער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט זיך אויסמאלן א געשטאלט וכו', ווייל דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט.


געב דיין ווייב צו זאגן די אני מאמינ'ס, זי זאל דאס חזר'ן - אזוי וועט ארויסגיין די מחשבות.


די בעסטע עצה צו פטור ווערן פון נישט גוטע מחשבות - איז דורך שמחה; ווי מער מען פרייט זיך מיט די מצוות וואס מען טוט און מיט 'שלא עשנו גוי' - פאלן אוועק אלע קליפות וואס דאס איז די נישט גוטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי רייניגט מען אויס א שמוציגע מח?
תהלים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, שמירת עינים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט זיך פאר א תלמידה בית פיגא, יישר כח פאר אלע שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט וואס איך הער.


וואס זאל איך טון אז איך האב שוין צוזאמגעקוקט אזויפיל שמוץ און איך קען דאס נישט פארגעסן? איך טראכט פון שמוץ א גאנצן טאג, מיין גאנצע מח איז אנגעפילט מיט שמוץ. איז דא א וועג ארויס, ווי אזוי איך קען האבן א ריינע מח? א ריינע הארץ? איך בעט אן עצה פון דער ראש ישיבה וואס איך זאל טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זוכה זיין צו א ריינע מח קען מען נאר דורך שמחה, איר זאלט זיך פרייען אז איר זענט א איד, איר האט אין זיך א חלק אלוקי, א הייליגע נשמה, און ווי מער איר וועט זיין פרייליך אז איר זענט אויסדערוועלט פון די גאנצע וועלט - וועט איר באקומען א ריינעם מח.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי ווייט פונעם אייבערשטן און זיי ווערן נישט נאנט צו אים? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט; "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש ווערט פריי.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, דערציילט דעם אייבערשטן אז איר האט נעבעך נישט געהיטן אייערע אויגן, איר האט געקוקט מאוויס, איר האט מטמא געמאכט אייער מח און הארץ; בעטס אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, ער זאל אייך געבן א ריינעם מח, א ריינעם הארץ.


זאג אביסל תהילים יעדן טאג און בעטס די ווערטער: "הייליגער באשעפער, לב טהור ברא לי אלוקים, געב מיר א נייעם הארץ, איך האב אזוי פארשמירט מיין הארץ, איך טראכט פון שמוץ; איך וויל זיין ריין, איך וויל זיין הייליג".


בחורים און אינגעלייט רייניגן זיך מיט משניות און גמרא, מיידלעך און ווייבלעך רייניגן זיך מיט תהילים און מיט התבודדות. זאגט יעדן טאג תהילים; אז איר קענט זאגן דעם יום תהילים און ענדיגן יעדע וואך - איז זייער גוט, און אז איר קומט נישט אן צו זאגן דעם יום - זאלט איר זאגן אפאר קאפיטלעך און פלעכטס אריין אין די ווערטער פון תהילים - אייערע אייגענע תפילות אויף אייער אייגענע שפראך, ביז דער מח וועט אייך ווערן לויטער און ריין.


די דריי זאכן: שמחה, תהילים און התבודדות - מאכט ריין דעם מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.