שאלה אין קורצן ענין
#50 - מיין ווייב טאר נישט האבן סמארטפאון, ווען אירע שוועסטערס האבן יא?
שלום בית, קדושה, קאמפיוטער, מאוויס, אידישע שטוב, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן די שאלה, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי אזוי צו עס ריכטיג ארויסברענגען, יעצט זע איך אז דער ראש ישיבה האט לעצטע וואך געשריבן וויאזוי צו רעדן צו קינדער וועגן די ארומיגע משפחה וואס האבן סמארטפאונס.


קודם וויל איך זיך באדאנקען אויף די ענטפער, אבער ביי מיר איז עס נאך מער ווייל דער וואס פרעגט עס איז נישט מיינע קינדער, נאר מיין ווייב; און די משפחה זענען נישט קאזינס, נאר איר מאמע וואס האט א סמארטפאון און א קאמפיוטער אין שטוב, און אירע שוועסטערס האבן סמארטפאונס און זיי קוקן מאוויס.


מיין ווייב פילט זיך זייער ארויס פון די משפחה אז זי איז קען נישט מיטהאלטן מיט אלע זייערע זאכן, און מיט אלע שמועסן וועגן א נייע עפיזאד וואס איז יעצט ארויס אין די סעריע פון ..., און אזוי ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות אז איר גייט מיט אייער מאן; איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין טעלעפאן, איר קוקט נישט קיין מאוויס - אפילו עס איז אייך שווער. אייער מאן האט מיר געשריבן אז עס איז אייך זייער שווער ווען די גאנצע משפחה האט גרויסע שיינע בליטשקעדיגע טעלעפאונס, אלע קוקן מאוויס, אלע האלטן מיט די סעריע פון ...; ווען מען קומט זיך צאם אינאיינעם רעדט מען פונעם נייעם קאפיטל און נאר איר זענט אן קיין טעלעפאן, אן קיין מאוויס; איר שפירט זיך ארויס פון די משפחה, איר זענט נישט אפדעיטעד מיט אלע זאכן, איר ווילט אויך האבן א מאשין אויף וואס מען קען קוקן וכו'.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', יעצט קען זיין איז אביסל שווער אבער עס וועט אריבערגיין אביסל צייט וועט איר זען וואס וועט פאסירן; איר וועט אויפשטעלן א שיינע דור ערליכע אידן, אייערע קינדער וועלן האבן א געפיל אין תורה און מצוות, זיי וועלן זיין ריין און לויטער; אנדערש וועט זיין ביי די עלטערן וואס זיי זענען נישט אפגעהיטן, זיי האבן טעלעפאונס און קוקן מאוויס, ביי זיי וועט נישט זיין אזוי ווי ביי די קינדער וואס זייערע עלטערן זענען ערליך.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער מאן איז אפגעהיטן, ער איז א ריינער אינגערמאן; אויב וועט איר צעברעכן דעם גדר, איר וועט מקיל זיין, מען וועט אנהייבן קוקן נאר דאס און נאר יענץ - וועט ער מער נישט אהיים קומען, איר וועט בלייבן עלנד אזוי ווי צענדליגער פרויען וואס זייערע מענער קומען נישט אהיים, עס אינטערעסירט זיי מער נישט אהיים צו קומען צו די ווייב.


איך האף אז איר וועט זיך מחזק זיין מיט די פאר ווערטער; איר וועט זיין פעלזן פעסט קעגן די נסיונות, איר וועט זיין שטערקער פון אייער מאן, איר וועט זיין דער וואס זאגט: "אין אונזער שטוב קומט נישט אריין קיין טעלעפאן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - זאל איך גיין צו א שבת התוועדות פון די פירמע וואו איך ארבעט?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די פירמע וואו איך ארבעט וויל מאכן א שבת מיט אלע ארבייטערס מיט די ווייבער, כ'האב געפרעגט מיין ווייב אויב זי וויל גיין און זי איז נישט דערקעגן, אבער זי איז אויך נישט זייער אינטערעסירט, זי זאגט איך זאל טון ווי אזוי איך וויל.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל אהינגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דער בעל הבית פארלאנגט עס נישט - זאלסטו נישט גיין; שבת קומט צו זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


די בעלי בתים ווייסן נישט ווי אזוי צו זיין פריינטליך צו זייערע ארבעטערס, זיי מיינען אז דורך מאכן פארטי'ס, געדערינגס און שבת התוועדות - וועלן זיי באקומען א גוטע נאמען; ענדערש זאלן זיי נעמען די געלט און געבן פאר די ארבעטערס, זאלן זיי געבן די ארבעטערס געלט זיי זאלן גיין אליינס מיט די ווייב אויף וואקאציע; דער אפגעמאטערטער אינגערמאן זאל קענען האבן אביסל מנוחה, ער מיט די ווייב.


גיי נישט אוועק פון שטוב, בלייב אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; א גאנצע וואך ביסטו פאריאגט און פארפלאגט, דו זעסט נישט דיינע קינדער, דו האסט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט דיין שטוב; שבת איז א צייט וואס די קינדער זענען מיט זייער טאטע מאמע, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


שבת זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, פרייטאג צו נאכטס זאלסטו אהיים גיין מאכן א שיינע סעודה; רעד צו דיינע קינדער, זינג מיט דיינע קינדער, פארברענג מיט זיי. לייג אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אמונה אין צדיקים. ווען מען האט קליינע קינדער איז נישט קיין צייט פון שבת התוועדות, עס איז א צייט פון זיין אין שטוב.


מאך עס מיט חכמה, דריי זיך ארויס פון גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#47 - דארף איך זיך רעכענען מיט מיין ווייב, און אפלאזן ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין גאנצע חיות און לעבן קומט פון די דרשות און שיעורים, און גרויסן יישר כח.


מיין פראבלעם איז אבער אז פאר מיין ווייב שטערט זייער שטארק אז איך געהער צו ברסלב, זי זעט אז איך לערן און איך דאווענען און זי פריידט זיך מיט דעם, עס טוט איר אבער וויי אז דאס קומט פון ברסלב.


זי פרעגט מיר כסדר פארוואס איך גיי ווייטער אן דערמיט מיט אזא ברען אין די צייט וואס דאס טוט איר אזוי וויי, איך זאג איר אבער אז אין עבודת ה' האט זי זיך נישט וואס אריינצומישן ביי מיר, און איך האלט נישט אז איך דארף זיך רעכענען מיר איר ווען ס'קומט צו מיין עבודת ה'.


וויל איך אבער וויסן אויב איך טו ריכטיג, דארף איך זיך אפשר יא רעכענען מיט איר? אדער זאל איך ווייטער אנגיין מיט'ן רבינ'ס וועגן, אפילו ווען עס שטערט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט פארוואס עס שטערט איר ברסלב; ברסלב איז נישט א זאך וואס דארף שטערן פאר די ווייב, פארקערט, רוב פרויען ווילן זייער מאן זאל זיין ברסלב, ווייל דער איינציגסטער רבי וואס רעדט פון שלום בית - איז דער הייליגער רבי. אין אלע הייליגע ספרים פון פריערדיגע צדיקים געפונט מען נישט דער ענין פון שלום בית, נאר דער רבי רעדט פון שלום בית; דער רבי האט זייער פארלאנגט פון אונז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן האלטן טייער די ווייב, קוק אין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיין ווייב אפילו זי וויל נישט מיט גיין מיט דיין וועג. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.) רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, האט רב געפרעגט רבי חייא: "רבי, פארוואס טראגט דער רבי פאר איר די גוטע זאכן, זי טשעפעט אלץ דעם רבי'ן?" האט רבי חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי דער הייליגער רבי חייא וואס איז געווען אזוי גרויס, אפילו דער מלאך המות האט נישט געהאט קיין שליטה אויף אים ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל נסתלק ווערן, ווי אזוי ער האט געלעבט מיט זיין ווייב, נאר מכבד געווען און אהיים געברענגט גוטע זאכן פאר איר.


מיין פראגע איז, פארוואס דארף זי וויסן אז דיין חיות, דיין ברען - קומט פון רבי'ן? דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם, און אז עס שטערט איר ברסלב - זאלסטו איר נישט מצער זיין און זיך טענה'ען מיט איר, זי דארף נישט וויסן אז דו נעמסט חיזוק און עצות פון רבי'ן, דו זאלסט איר שטענדיג מכבד זיין, וועסטו זען אז מיט די צייט וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - מיינע עלטערן גייען זיך גט'ן, ווי אזוי בין איך זיך מחזק?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק, ברוך ה' אז מיר האבן א זיס געשמאק לעבן, איך האב ברוך ה' היינט זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צום 32'סטע מאל, און איך בין זיך מחזק דא אינאיינעם מיט די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיינע עלטערן גייען זיך יעצט גט'ן, און איך דארף חיזוק פאר מיר און פאר מיין ווייב ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער דארפן אריבערגיין די שרעקליכע פיין ווען טאטע מאמע גט'ן זיך השם ישמרינו; קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער און ווייטאג וואס קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן גט'ן זיך. די עלטערן טראכטן נאר פון זיך; דער טאטע טוט וואס איז אים באקוועם און די מאמע טוט וואס איז איר באקוועם, קיינער פון זיי טראכט נישט פון די שרעקליכע פיין און ווייטאג וואס די קינדער גייען אריבער.


ביי דיר איז דאס אביסל גרינגער, דער אייבערשטער האט צוגעגרייט דיין רפואה פאר די מכה, דו האסט חתונה געהאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג ע"ב; שיר השירים רבה ד, יב) דער אייבערשטער ברענגט נישט די מכה פאר ער גרייט צו די היילונג דערצו; דאס אז דו האסט חתונה געהאט, דו לעבסט אזוי שיין, דו לעבסט אזוי זיס מיט דיין ווייב - דאס איז דיין רפואה אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווען דיין עלטערנס שטוב צעפאלט.


שטארק זיך מיט דיין ווייב; איר זאלט לעבן א שיינע לעבן. איר וועט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב ווייל איר ווייסט דאך יא וואס קינדער גייען אריבער ווען זיי זעען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייער בית המקדש, ווי מען צעברעכט זייער טייערסטע און הייליגסטע זאך אין די וועלט.


וואס יא? דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע יונגערע געשוויסטער וואס זיי האבן נאך נישט זייער אייגענע שטוב, זיי ליגן נאך אנגעליינט אויף טאטע מאמע, פאר זיי איז יעצט גאר ביטער; ווי שווער עס איז פאר דיר אסאך שווערער איז פאר זיי, זאלסטו זיי עפענען דיין טיר, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן א שטוב וואו זיי קענען קומען רעדן, שמועסן און באקומען אביסל ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#45 - ווי אזוי קען איך ארויסנעמען מיין ווייב פון א שלעכטע גוסטע?
שלום בית, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס מען טוט ווען די ווייב פאלט אריין אין א שלעכטע שטימונג, ווען זי ווערט טרויעריג און אנגעצויגן?


איך ווער נישט פארלוירן און איך בין בדרך כלל נישט בייז, אבער ווי אזוי קען איך איר אויפהויבן און מאכן פרייליך? איך פרוביר אסאך זאכן און עס גייט מיר גארנישט, וואס טוט מען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אין שטוב אויף דיין ווייב, דו פרובירסט מיט אלע וועגן איר פרייליך צו מאכן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב.


דער רבי האט אונז זייער געבעטן און געווארנט מיר זאלן רעדן שיין אין שטוב און האלטן טייער די ווייב; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן גאר אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר", זיי ליידן בשעת'ן טראגן, "וְהַלֵּדָה", נאכדעם די צער פון געבוירן, "וְהַגִּדּוּל", און צער פון אויפציען די קינדער, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז פאר יעדן באקאנט ווי שווער עס איז אריבער צו גיין די זאכן; דער הייליגער רבי נתן זאגט (שם, סימן רסג) ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט ביי אינגעלייט אז זיי צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ענדיגט זיך דאס מיט א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז מעשה שטן, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין ביטערע עבירות, דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין נעץ השם ישמרינו.


דערפאר זאלסטו ווייטער פרובירן מיט אלע כוחות פרייליך צו מאכן דיין ווייב; עס איז נישט גרינג פרייליך צו מאכן די ווייב, אבער דאס איז די יסוד פון קדושה. ווייל ווען עס איז דא שמחה אין שטוב, עס איז דא ליבשאפט צווישן מאן און ווייב - דעמאלט הערשט א הייליגקייט, מען האט א ריינע מח - מחשבה, מען זוכט נישט פרעמדע זאכן, מען איז צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער האט געגעבן.


זע צו לערנען אין שטוב; א פרוי האט זייער ליב צו זען איר מאן לערנען אין שטוב, זי הייבט אן קוקן אנדערש אויף אים, זי הייבט אים אן האלטן חשוב און טייער.


אויך זאלסטו רעדן ווייך און שיין; צו א פרוי דארף מען רעדן ווייכע רייד, פוטער ווערטער. לערן זיך פונעם אייבערשטן, ווען ער האט געהייסן משה רבינו רעדן צו די אידן, זיי געבן די תורה - האט ער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן ווייכע רייד צו די פרויען (שמות יט, ג). באנוץ זיך נישט מיט שארפע ווערטער: "נו, קומסט שוין?" אדער: "ביסט נאך אלץ נישט גרייט?!" זאלסט קיינמאל נישט רעדן אזוי צו איר, וועט זי נישט אריין פאלן אין א שלעכטע גוסטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - וועלכע סארט חתן זאל איך זוכן פאר מיין טאכטער?
שידוכים, שלום בית, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זוך הילף אין שלום בית; מיין עלטסטע טאכטער איז אכצן יאר אלט, און איך מיט מיין ווייב האבן חילוקי דעות וואס פאר א סארט חתן מ'זאל זוכן.


מיין ווייב וויל א מאדערנער מיט א קנייטש הוט און קורצע רעקל, זי וויל ער זאל נישט זיין חסידיש און נישט צו פרום, זי זאגט אז חסידים זענען אלטמאדיש און נישט ערליך און נישט צושטעלט צו די היינטיגע צייט. איך וויל אבער א היימישן אינגערמאן וואס באלאנגט צו א חסידות אדער חבורה פון עובדי ה', און זוכט ווייטער זיך מחזק צו זיך און נישט ווערן א פארגרעבטער בעל הבית נאך זיין חתונה, איינער וואס ווארפט נישט ארויס דער מסורת אבות, איך וויל א יונגערמאן מיט א סאמעטענע הוט. וואס טוט מען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אויסטראליע.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז חסידישע קליידער זייער א גרויסע זאך; א סאמעטענע הוט איז זייער א שיינע מלבוש, און א שטריימל איז זייער א גוטע זאך, אבער נישט דאס איז קובע צי דער מענטש איז אן ערליכער איד אדער נישט. מען קען נעמען אן איידעם מיט א סאמעטענע הוט, מיט שטריימל בעקיטשע און מען קען מיינען אז דאס איז עפעס א חסידישער אינגערמאן, ביז דערווייל איז דאס סתם א פארשטעלאכץ (א קאסטיום); אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן, אנגעפולט מיט זינד רחמנא לצלן. אזוי אויך קען מען טרעפן טייערע פלאם פייערדיגע אינגעלייט וואס לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אייבערשטן, זענען מדקדק אויף יעדע מנהג ישראל - אן דעם שטריימל און אן דעם סאמעטענעם הוט.


זי איז נישט גערעכט מיט דעם וואס זי רעדט שלעכטס אויף חסידישע אידן, אז מיר זענען נישט ערליך חס ושלום, אבער מיט'ן טענה'ען וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, דו וועסט נאר ערגער מאכן.


פאלג מיר, לאז אפ די וויכוחים, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דינעם דעם אייבערשטן, קינדער מיט אמונת צדיקים, קינדער צדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; זאלסט קיינמאל נישט טענה'ען מיט איר. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט"; אנשטאט זיך אויפעסן דאס געזונט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און דורך תפילה וועסטו אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - ווי אזוי איז מען מקרב די ווייב און קינדער צום הייליגן רבי'ן?
שלום בית, סבלנות, קינדער, חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר די שיעורים וואס דער ראש ישיבה רעדט צו פרישע מקורבים אז זיי זאלן נישט שלעפן די ווייב צום רבי'ן מיט געוואלד, נאר מ'זאל האבן סבלנות צו ארבעטן שטייטערהייט, דאס האט מיר געגעבן זייער אסאך חיזוק, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, ווייל איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זייער שטארק אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, און איך זע אליין אז עס גייט נישט מיט געוואלד.


איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה אויב ער קען מער רעדן אדער שרייבן פון דעם, ווייל איך שטעל זיך פאר אז אסאך פרישע מקורבים האבן דעם זעלבן פראבלעם, ווייל ווען מ'ווערט געוואויר פון הייליגן רבי'ן, שפירט מען אזא זיסקייט ממש א גן עדן, און מען באקומט אזא ברען און פלאקער און מען וויל אז די ווייב און קינדער זאלן אויך אויסהערן די שיעורים און לעבן מיט די עצות, אבער עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, און מען ווערט דערפון זייער צובראכן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל אריין ברענגען אין שטוב דעם רבי'ן, אז די ווייב זאל אויך האבן א געפיל אין רבי'ן - דארף מען דאס טון מיט גרויס חכמה. מען קען דאס נישט טון מיט געוואלד; אז מען גייט מיט כח פאסירט נאר דאס פארקערטע, עס ווערט אן אומאנגענעמליכקייט אין שטוב.


דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך אליינס, מען זאל לעבן מיט די עצות; דעמאלט וועלן אלע מקורב ווערן, אלע וועלן זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף", דאס וועט ברענגען אז אלע זאלן וועלן ווערן ברסלב'ער חסידים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ", זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז א טעות פון אינגעלייט - פרישע מקורבים אז גלייך ווען זיי ווערן מקורב גייען זיי מיט כח צו די ווייב איר צו שלעפן צום רבי'ן; קוים וואס זיי זענען מקורב, זיי אליינס האבן נאך א שיינע וועג צו גיין - ווילן זיי שוין אז די ווייב זאל קומען צום רבי'ן. פון דעם ווערט אסאך מחלוקת און שטיבער צעפאלן, דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך, מען זאל אנהייבן לעבן מיט די עצות, דעמאלט זעט די ווייב ווי שיין ער פירט זיך און ווי שיין ער לעבט - דאן קומט זי אליינס, זי ווערט נאכגעשלעפט נאך אים.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:): "בלאזן שופר איז א חכמה - נישט קיין מלאכה", עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש, דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - וואס טוט איך אז מיין מאן וויל מיר נישט געבן קיין געלט?
שלום בית, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז איך בעט געלט פון מיין מאן און ער געבט מיר נישט? איך בעט אים שיינערהייט און ער זאגט מיר אז ער האט נישט, איך זע אבער אז פאר זיינע זאכן האט ער יא געלט, נאר ווען איך בעט אים האט ער נישט פאר מיר, דאס מאכט מיר זייער צעבראכן. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס נישט ברוגז אויף אייער מאן נרו יאיר; איר מיינט אז ער וויל אייך נישט געבן געלט? איר מיינט אז אים טוט נישט וויי ווען איר בעט אים געלט און ער האט אייך נישט צו געבן? ער וויל אייך געבן זיין גאנצע געלט, וואס זאל ער טון אז ער האט נישט? וואס זאל ער טון אז זיין פרנסה איז בצימצום.


אז איר דארפט געלט און אייער מאן האט אייך נישט צו געבן זאלט איר נישט זיין ברוגז אויף אים, אדער זיין ברוגז אויף זיך וכו'; דאס וועט נישט העלפן ער זאל אייך געבן געלט, איין עצה איז דא, זייטס פרייליך, דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן, דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט א שטוב, דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט און שטארק און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק.


איר מיינט אז אייער מאן איז א עי טי עם מאשין (כספומט)? ער ארבעט ביטער שווער צו קענען ברענגען געלט; אז ער האט נישט זאלט איר אים פרייליך מאכן, איר זאלט אים מוטיגן - דאס וועט ברענגען שפע.


וויסן זאלט איר אז שלום איז די כלי פאר שפע; א פרוי מיט שכל, א פרוי מיט חכמה - וועט אלעס טון עס זאל זיין שלום אין שטוב, זי וועט מאכן א כלי צו קענען מקבל זיין די שפע פונעם אייבערשטן.


זייטס זיך מקבל צו בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער פון אינעווייניג, דאס איז מסוגל פאר עשירות. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מחזק זיין מיר זאלן בענטשען אין א בענטשער, דורכדעם וועלן מיר זיין גרויסע עשירים.


אויך זאלט איר אכטונג געבן אז די שטוב זאל זיין ריין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיא:) אז דער מלאך וואס מאכט ארעם וואוינט צווישן שמוץ, אין א שטוב וואס איז נישט ריין קומט די קליפה און ברענגט עניות.


די געלט קומט בזכות אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה"; זייטס פרייליך און מאכטס פרייליך אייער מאן - וועט איר זוכה זיין צו עשירות.


 דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - וואס טו איך אז מיין מאן איז נאר פארנומען צו הערן נייעס?
שלום בית, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זייער הנאה פון אייערע שיינע שיעורים, דאס געבט אונז אסאך חיזוק, א גרויסן יישר כח.


איך האב ב"ה א וואוילער מאן, אבער לעצטנס שטערט מיר זייער שטארק אז ער הערט אסאך נייעס אסאך צייט אין טאג. איך האב נישט קיין צייט צו רעדן צו אים, איך שפיר אז ער איז מער אינטערעסירט אין די נייעס ווי אין מיר, און דאס נעמט מיר די אפעטיט פון זיך צו רייניגן און זיך מאכן גרייט פאר אים. וואס קען איך טון?


צווייטנס וויל איך פרעגן, איך שפיר אז דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר, איך ווייס אבער נישט וואס. ווי אזוי קען וויסן וואס דער אייבערשטער וויל איך זאל פאררעכטן?


דריטנס, מיר האלטן שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קינדער, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן, און ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט געפערליך אז אייער מאן וויל הערן אביסל נייעס; דאס מיינט נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך, מען מעג הערן אביסל נייעס זיך אויסצולופטערן.


איר דארפט פארשטיין אז פונקט ווי איר זענט צעבראכן אז איר האט נאך נישט קיין קינדער, אזוי איז אייער מאן נאך מער צעבראכן; ער האט צוויי דאגות: איין דאגה וועגן קינדער און נאך א דאגה ווי אזוי ער קען אייך פרייליך מאכן, עס איז זייער שווער פאר א מאן צו זען זיין ווייב צעבראכן און דערשלאגן, דעריבער וויל ער זיך אביסל אויסבלאזן די נערוון, דערפאר הערט ער צו צו די נייעס.


דעריבער בעט איך אייך זייער שטארק, עס זאל אייך נישט שטערן אז אייער מאן וויל אביסל הערן נייעס וכו'; אז ער הערט די נייעס מיינט נאך נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך.


חס ושלום צו טראכטן אזעלכע מחשבות פון זיך נישט רייניגן וכו', דאס איז א גרויסע עבירה; אויב מען רייניגט זיך נישט אין צייט באקומט מען א גרויסע עונש, אפגערעדט אז דאס איז נישט שכל'דיג, דאס מאכט נאר ערגער; מען קען נישט פועל'ן מיט דעם וועג.


אויף די צווייטע פראגע, 'וואס דער אייבערשטער וויל פון אייך'; דער אייבערשטער וויל אז איר זאלט זיך מבטל זיין צו אים, איר זאלט אים גלייבן און איר זאלט אים געטרויען. אונזער ארבעט אויף די וועלט איז צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס, אז אלעס וואס פאסירט איז פון אים און אלעס איז מיט א ריכטיגקייט, אזוי אויך אז מיר זאלן איינערקענען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גלייבן אז אלעס וואס ער טוט איז גוט.


בנוגע קינדער וכו'; בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט זוכה זיין צו קינדער, דורכדעם וועט איר זוכה זיין בקרוב צו האבן קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - איך האלט מער נישט אויס פון מיין מאן, וואס טוט מען?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך געפערליך מיט מיין וואוילע מאן וואס העלפט און געבט מער פון אלע מענער. איך האב א שטוב מיט זיסע קינדער ברוך ה', און איך בעט זיך שוין ביי אים אסאך יארן אז מיר דארפן הילף, אבער ער וויל נישט רעדן מיט אייך, ער זאגט אז איר נעמט זיך אלעמאל אן נאר פאר די פרויען.


איך האלט ביים קראכן נאך אזויפיל יאר, יעדעס מאל וואס איך בין טרויעריג [כ'בין בטבע א פרייליכע] פילט ער נישט מיט, נאר ער אנטלויפט צו טון עפעס אנדערש.


נעכטן האב איך געפלאצט, איך קען מער נישט, כ'האב אזויפיל געדאווענט אויף דעם ביז איך האב געמיינט מיין ישועה איז דא. מיר האבן אנגעהויבן טערעפי און ס'האט גארנישט געהאלפן. נעכטן האב איך געוויינט און ער האט געזינגען, ווי ער טוט נארמאל, איך האב זיך געבעטן, כאטש ער פילט נישט מיט, זאל ער נישט זינגען, האט ער העכער און פרייליכער געזינגען, כ'האב נישט אויסגעהאלטן און געפלאצט, כ'האב אים גענומען האקן און שלאגן און שלעפן די פיאות און געשריגען קולות אז ער איז א נאצי. איך קען מער נישט לעבן מיט אים. וואס וועט זיין?


ביטע מיר ענטפערן ווייל איך וויל זיך נישט גט'ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס מיר מוחל, א אידישע פרוי פירט זיך נישט אויף אזוי; האקן, שלאגן, שלעפן פיאות און שרייען אויפ'ן מאן: "נאצי". איך פארשטיי אייך זייער גוט, איר שפירט זיך ווי א חוזק ווען ער איגנארירט אייך, אבער דאס טון מיט א מאן איז א גרויסע נארישקייט.


נעמטס די חכמה פון שלמה המלך, שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" - א קלוגע פרוי בויט איר שטוב, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" - און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער איז אייער מאן א טייערער מענטש, ער העלפט אייך און ער געבט אייך וואס איר דארפט, ער ווייסט פשוט נישט וואס מען דארף טון ווען די ווייב וויינט. זייער אסאך מענער זענען אזוי, זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען די פרוי הייבט אן וויינען; דאס מאכט אים ער זאל אנהייבן זינגען און זיך מאכן פרייליך ווייל ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער איז אויסגעמוטשעט פון זיין טאג און ער ווייסט נישט וואס צו טון ווען איר וויינט.


דעריבער אויב איר ווילט אז אייער מאן זאל אייך אויסהערן דארפט איר רעדן שיין צו אים, שמייכלען צו אים; דעמאלט וועט זיין כמים פנים לפנים, אזוי ווי עס שטייט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אזוי איז די מאן מיט זיין ווייב - ווי אזוי מען פירט זיך אויף צו יענעם, אזוי פירט מען זיך צוריק מיט דיר.


די ערשטע זאך זאלט איר איבער בעטן אייער מאן; זאגטס אים שיינערהייט: "זיי מיר מוחל אז איך האב געשריגן אויף דיר אזעלכע מיאוס'ע ווערטער", וועט איר זען ווי ער וועט אייך ליב האבן און העלפן.


געבטס אים שיינערהייט צו פארשטיין וואס איר ווילט; אז איר ווילט ער זאל אייך סתם אויסהערן, ער זאל ווייזן מיטלייד ווען איר וויינט - וועט ער שוין מער נישט זינגען ווען איר וויינט.


עס איז נישט אמת וואס איר שרייבט אז אין היכל הקודש נעמט מען זיך אן פאר די פרויען, אין היכל הקודש לערנט מען אויס מען זאל זיך נישט קריגן, מען זאל זיין א סבלן און מען זאל מוותר זיין, מען זאל זיין קלוג - נישט זוכן צו זיין גערעכט. א רחמנות אויף יונגע פארפעלקער וואס עס גייט זיי אריבער די טעג און יארן מיט קריגערייערן, ווען מען קען לעבן א חיים טובים, א זיסע לעבן.


איך בעט אייך, האטס רחמנות אויף אייך און אויף אייערע קינדער, מען קען זיך נישט אזוי אויפפירן; אז איר ווילט האבן שלום בית זאלט איר שמייכלען צו אייער מאן. שלעפטס אים נישט אהער; אז ער וויל נישט קומען דא - איז נישט, קודם זאלט איר דא זיין; קודם זאלט איר פאלגן דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - ווי אזוי קען מען זיך שטארקן מכבד צו זיין די ווייב?
שלום בית, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך ליין אין די בריוו, איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית, צו מכבד זיין די ווייב און ארויפקוקן די ווייב, און איר מקרב זיין ווי מער. פון די אנדערע זייט בין איך אבער אויפגעוואקסן אנדערש, מ'האט אונז געלערנט אז ווי מער מ'האלט זיך ווייטער פון די ווייב איז מען מער הייליג און מער נענטער צום אייבערשטן.


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז די וועג ווי אזוי מ'לערנט מיט חתנים אז מ'דארף זיין אפגעשיידט פון די ווייב, קומט גאר פון קריסטליכע מקורות רחמנא ליצלן, וואס ביי זיי האט געהייסן אז ווי הייליגער מ'איז דארף מען זיין מער אפגעטיילט פון א ווייב.


מיין שאלה איז אבער ווי קען מען דאס איבערדרייען ביי זיך אין קאפ, ווייל אין די ספרים הקדושים פון פריערדיגע צדיקים וואס מ'לערנט אין די ישיבות, זעט מען נישט דארט איבער די חשיבות פון א פרוי, נאר פארקערט, מ'לערנט ווי עקלדיג ס'איז די תאוות, און ווי שטארק מ'דארף זיך מרחק זיין.


ווי אזוי קען מען טוישן דעם מח און אנהויבן מכבד זיין די ווייב, אין די צייט וואס איך בין אויפגעצויגן געווארן אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אדער ברענגסטו נישט גוט ארויס דיין פראגע, אדער ביסטו זייער צעמישט.


וואס האט מכבד זיין די ווייב מיט תאוות? א פרוי איז תאוות? ברסלב האט אן אנדערע תורה? ברסלב וויל מען זאל נאכגיין תאוות? איך פארשטיי נישט וואס איז די סתירה פון מכבד זיין די פרוי און פאר'מיאוס'ן תאוות, תאוות דארף מען פאר'מיאוס'ן און די ווייב דארף מען מכבד זיין - וואס איז די סתירה?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): ווי איז שייך בכלל תאוות? עסן דארף מען כדי מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען צו קענען דאווענען און לערנען, חתונה האבן דארף מען צו קענען טון דעם רצון פונעם אייבערשטן מקיים זיין די מצוה פון פריה ורביה  - ווי איז שייך תאוות?!


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט אנהייבן לעבן מיט'ן אייבערשטן; דו וועסט עסן מיט'ן אייבערשטן, שלאפן מיט'ן אייבערשטן און דו וועסט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין דיין שטוב; דאס לערנט דער רבי מיט אונז און דאס האט מוהרא"ש אונז אויסגעלערנט, מיר זאלן נישט מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיך אפשיידן פון די וועלט, אזוי ווי מענטשן מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א ספעציעלע סארט באשעפעניש וואס גייט איינגעבויבן און לעבט אנדערש וכו' וכו', אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר די הייליגע צדיקים הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקע זי"ע, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זי"ע און נאך, ווען ער האט זיך געטראפן מיט זיי אין ארץ ישראל; זיי האבן דערציילט פאר'ן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט און די תורה אליין פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז ווען זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, עס איז נישט דא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קטז).


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, אז דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין; מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפ'ן פנים אדער אויפ'ן אויסקוק פון די זאך, מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (ליקוטי מוהר"ן, שם; שיחות הר"ן, סימן יד. עיין שם).


מען טאר נישט זאגן וואס דו זאגסט אז א ווייב איז תאוות און אז מען דארף זיך מרחק זיין פון א ווייב; לאמיר זען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.) אז רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם פארציילט די גמרא, אז ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "רבי, איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?" האט אים רבי חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי דער הייליגער רבי חייא וואס איז געווען אזוי גרויס אז דער מלאך המות האט נישט געקענט האבן א שליטה אויף אים, ווי אזוי ער האט געקוקט אויף זיין ווייב, אז זי ראטעוועט אים פון עבירות און זי העלפט אים אויפברענגן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#38 - זאל איך זיך אנהויבן שערן די האר?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זייער הנאה צו הערן די שיעורים, עס איז אונז זייער מחזק, ס'געבט אונז כח און שמחה, יעדעס ווארט איז ממש א בריליאנט, יישר כח


איך בין א פרוי, און דערווייל שער איך זיך נישט מיין האר. מיין טייערער מאן קומט פון א משפחה וואס אלע שערן זיך אפ, און גלייך נאך די חתונה האט מיין מאן מיר געבעטן זיך אפצושערן, איך האב עס געטון אין אנהויב נישט מיט'ן גאנצן הארץ, ס'איז מיר געווען זייער שווער, און א שטיק צייט שפעטער האב איך אויפגעהערט זיך שערן.


ס'איז שוין אריבער אסאך יארן זייט דעמאלט, און יעצט האב איך אנגעהויבן באקומען א רצון יא זיך אפצושערן, ובפרט ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז מחזק אויף דעם, אבער יעצט האב איך א פארקערטער פראבלעם, מיין מאן וויל נישט אז איך זאל עס יעצט טון, ווייל ער טראכט אז ס'וועט מיר זיין זייער שווער דאס צו טון. איך מיין אבער אז יעצט איז שוין געקומען די צייט פאר דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר גייט זיך אפשערן די האר מיט שמחה; איר גייט טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן מיט אייער גאנצע הארץ, עס פריידט זיך צו הערן פון אייך אז איר גייט דאס טון מיט ווילן און חשק, נישט געצווינגענערהייט.


מוהרא"ש שרייבט א בריוו (שאלות ותשובות ברסלב, מכתב אלף כב) פאר א פרוי וואס פרעגט, אויב א פרוי וואס פלעגט זיך אפשערן די האר און זי בארעכנט זיך צו לאזן וואקסן די האר, צי דאס הייסט א ירידה ברוחניות? מוהרא"ש ענטפערט איר: "זה נקרא ירידה ברוחניות, ומסכנות אלו הנשים שעשו עד עכשיו תגלחת וכו', והתחילו להאריך שיער וכו', זה רק התחלת ההתדרדרות, כי אחר כך הן יפלו יותר ויותר וכו'", א רחמנות אויף די פרויען וואס פלעגן זיך שערן די האר און האבן אנגעהויבן צו לאזן וואקסן זייערע האר, דאס איז אן אנהויב פון זיך אוועק גליטשן וכו', נאכדעם פאלט מען מער און מער; איז דאך זיכער אז ווען א פרוי וואס פלעגט זיך נישט שערן איר האר בארעכנט זיך און הויבט אן זיך שערן איר האר איז דאס אן עליה ברוחניות, א וועג צו ווערן נענטער צום אייבערשטן און זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואונטשט און זאגט צו פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


וויסן זאלט איר אז יעדעס מאל ווען די פרוי שערט זיך די האר איז זי מקריב א קרבן פאר'ן אייבערשטן; זי קען דעמאלט בעטן פאר זיך און פאר אנדערע, זי קען פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל. ווען איר שערט זיך די האר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אנדערע, וועט איר זען גרויסע ניסים.


זאגטס פאר אייער מאן אז איר טוט דאס מיט אייער גאנצע הארץ, עס איז נישט די זעלבע פון נאך די חתונה ווען איר האט נישט געוואוסט אפצושאצן דאס חשיבות פון די זאך, דעריבער איז דאס געווען פאר אייך ווייטאגליך, אזוי ווי אסאך אנדערע פרויען נשים צדקניות וואס שערן זיך נישט אפ צוליב די סיבה, נאר ווייל זיי ווייסן נישט די חשיבות הענין, מען רעדט נישט פון דעם, מען ברענגט נישט ארויס דאס גרויסקייט דערפון.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע ברכות.

#37 - ווי אזוי קען איך זיך האלטן ערליך מיט א פראבלעמאטישע ווייב?
שלום בית, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב ליידט פון "בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער", דאס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער פון צייט צו צייט בין איך זיך מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


צוליב מיין ווייב'ס פראבלעם, בין איך אביסל באגרעניצט מיט וואס איך קען טון פאר פרנסה, און ליידער מוז איך כמעט יעדע וואך צוקומען צו אנדערע.


איך בין אן ערליכער אינגערמאן, אבער איך מושטע זיך מיט שמירת עינים, סתם אזוי פרוביר זיך צו האלטן ערליך, איך בין קעגן סמארטפאונס, אבער ווען עס כאפט מיר אן א שוואכע מינוט, גיי איך אריין אין א גוי'אישע סעלפאון סטאר, און איך קוק שלעכטע זאכן.


פון איין זייט טראכט איך "איך בין דאך אן ערליכער אינגערמאן, ווי קומט דאס צו מיר?", אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך אז איך בין א גרויסע רחמנות, איך האב צוטון מיט מיין פראבלעמאטישע ווייב, וואס אסאך מאל זידלט זיך מיר אן, און איך בין א איד און איך קען נישט האבן קיין שייכות מיט א צווייטע פרוי. און פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אזא קללה אז ווען א פרוי ווערט עלטער פארלירט זי איר שיינקייט?


איך האב ב"ה ליכטיגע קינדער, און מיין שאיפה איז צו האבן אן ערליכע שטוב, אבער איך פאל כסדר אראפ ליידער. איך ווייס אליין נישט וואס צו זאגן, איך בין אליין א גרויסער רחמנות. אסאך מאל טראכט איך ווי גליקליך איך וואלט געווען ווען איך וואלט ווען געקענט האבן שייכות מיט נאך פרויען.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין קונץ צו זינגען דעם ניגון וואס דו זינגסט אינעם בריוו, אז דיין ווייב האט א פראבלעם וכו' וכו'; מיין נישט אז אויב דו וועסט ארום גיין זינגען א ניגון אז דיין ווייב איז מיט די נערוון וועט מען אויף דיר רחמנות האבן, עס וועט דיר גארנישט העלפן און עס בארעכטיגט נישט וואס דו טוסט, אז דו פאלסט אראפ רחמנא לצלן אין עבירות.


איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך קען דיר נישט, אבער פון דיין בריוו זעט אויס אז דו אליינס דארפסט א גרויסע ישועה. דו ליגסט נעבעך אין זינד, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן; דיין גאנצע קאפ איז דיר פול מיט טינופת, דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן ווערטער וואס ווען מען הערט די ווערטער דארף מען זיך רייסן קריעה, דו שרייבסט: "ווי גליקליך וואלט איך געווען ווען איך וואלט ווען געקענט זינדיגן"; ווי שעמט זיך נישט א איד צו שרייבן אזעלכע רייד? און נאך אין די זעלבע צייט זיך באטיטלען פאר אן ערליכער אינגערמאן!


איך בעט דיר זייער, טו תשובה און בעט איבער דיין ווייב, וועסטו נישט ליידן אזויפיל צרות. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן".


מוהרא"ש געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש זינדיגט בדיבור ער רעדט נישט שיין, ער טשעפעט זיין ווייב - וועט ער ליידן פון איר, זי וועט אים דערביטערן דאס לעבן. אבער ווען א מענטש היט דעם דיבור, ער רעדט שיין, ער רעדט נישט קיין ניבול פה, ער שעלט נישט; בפרט צו זיין ווייב רעדט ער ווייעך, ער לויבט איר און בויט איר אויף, וועט זי נישט קריגן אויף אים, נאר זי וועט אים פרייליך מאכן, זי וועט האבן אלע חן אין זיינע אויגן, און ווי עלטער מען ווערט וועלן זיי האבן מער ליבשאפט און מער געטריישאפט.


א קללה איז אז מען זינדיגט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף די שענסטע און בעסטע פארנעם, ווען מען ווערט עלטער ווערט דאס ליבשאפט שטערקער און מער, אז מען זינדיגט - דעמאלט איז נישט ווערד דאס לעבן. פלאי פלאים ווי א מענטש שרייבט מיט אזא חוצפה אויפ'ן באשעפער'ס וועלט: "א קללה אז ווי עלטער מען ווערט פארלירט מען דאס שיינקייט וכו'"; ווען מען זינדיגט, מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט פארלירט מען דאס שיינקייט. א רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נישט מיט די וועג פון די תורה, ווייל ווער עס היט די תורה, ווער עס היט די אויגן און די מחשבה, ער לעבט שיין מיט זיין ווייב, ווערט ביי אים דאס לעבן, דאס שלום בית, דאס שיינקייט - שטערקער און מער.


עס איז נישט קיין קונץ אראפצוקלאפן די ווייב; אז א פרוי שרייט מיינט נישט אז זי האט מיט די נערוון, אז א פרוי וויינט מיינט נישט אז זי איז נישט געזונט, דאס איז ביי יעדן מענטש אזוי, ווען א מענטש איז שוואך און צעבראכן וויינט מען און מען פארלירט זיך. בפרט די טייערע פרויען וואס כלל ישראל שטייט אויף זיי, די בויערס פון אידיש'ן פאלק, וואס ציען אויף קינדער, וואס עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל יסורים - צער העיבור, צער הלידה און נאכדעם צער הגידול, דאס ווארטן, דאס געבוירן און אויפציען - דאס איז זייער שווער, און אז דער מאן איז א שלעכטער, ער זוכט נאר חסרונות אין איר, אודאי שרייט מען און אודאי וויינט מען, דאס מאכט נאך נישט דעם מענטש פאר א 'מענטל קעיס', דאס מיינט נישט צו זאגן אז זי איז דער פראבלעם.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אויף דיין לעבן; מאך נישט חרוב דיין שטוב. הער אויף רעדן פון אירע פראבלעמען, הויב אן זוכן אין איר גוטס, הויב אן זוכן אין איר מעלות. די ערשטע מעלה וואס זי האט, אז זי וואוינט בכלל מיט דיר, זי איז נאך נישט אנטלאפן פון א מאן וואס קוקט איר אזוי אראפ, און נאך פול מעלות וואס זי האט.


מאך איר פרייליך; דו זיי איר טעראפיסט. דו קענסט איר אויסהיילן, א גוטער מאן, א געטרייער מאן קען אויסהיילן די ווייב פון אלע פראבלעמען. דער מאן איז דער וואס דארף מחזק זיין און פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער און מיט ליבשאפט, דעמאלט גייען אוועק אלע פראבלעמען און אלע קראנקהייטן.


אז דו וועסט זוכן אין איר גוטס וועט זי נישט שרייען אויף דיר, זי וועט לעבן מיט דיר; איר וועט לעבן ווי צוויי טויבן אין א חלום.

#36 - ווי אזוי מאכט מען א געשמאקע אטמאספער אינדערהיים?
שלום בית, חינוך הילדים, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר ממש געגעבן דעם שכל אין לעבן ווי אזוי צו האנדלען מיט זיך אליין, מיט די ווייב און קינדער, און מיט אלעס אין לעבן.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מ'דארף זיין מקרב זיין און מאכן גוט פילן שטענדיג. איך בין נישט אויפגעוואקסן אזוי, און איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסלערנען, געבן דוגמאות, ווי אזוי מ'געבט ליבשאפט פאר א מענטש, ווי אזוי איז מען מקרב די קינדער און די ווייב אז זיי זאלן זיך שפירן געשמאק צו זיין אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת לא.) עס איז געקומען א גוי צום הייליגן תנא הלל הזקן אז ער וויל זיך מגייר זיין בתנאי אויב ער קען אים אויסלערנען די גאנצע תורה ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס, האט אים הלל הזקן געזאגט די פאר ווערטער: "דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר - זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר, "זוֹ הִיא כָּל הַתּוֹרָה כּוּלָהּ"; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען געבט ליבשאפט אין שטוב פאר די ווייב און קינדער, זאלסטו שטענדיג טראכטן: 'דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד, וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר, זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר'; ווי אזוי וואלסטו געוואלט מען זאל רעדן צו דיר? מען זאל זיך פירן מיט דיר? אזוי זאלסטו רעדן צו זיי.


אז דו ווילסט אויפבויען דיין שלום בית, דו ווילסט זיין א גוטער מאן און א גוטער טאטע, זאלסטו בעיקר אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. געב א קוק וואס דער תורה לערנט אונז, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער אים געזאגט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס מיינט מען די מענער; ביי די פרויען שטייט א לשון: "תֹאמַר", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו זיי מיט א ווייכע שפראך, און פאר די מענער זאל ער זאגן: "'וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל' - עוֹנְשִׁים וְדִקְדוּקִין פָּרֵשׁ לִזְכָרִים, דְבָרִים הֲקָשִׁין כְּגִידִין"; זעט מען פון דעם אז מען דארף רעדן אין שטוב ווייכע דיבורים.


בעט דעם אייבערשטער די תפילה וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט מתקן געווען (תפילה קודם התפילה), וואו ער בעט אין די תפילה: "'וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, העלף מיר איך זאל רעדן צו מיין ווייב איידל און שיין", אויך זאלסטו נישט זיין קיין קארגער אויף גוטע ווערטער, גוטע ווערטער איז קיינמאל נישט גענוג, וויפיל מען געבט קען מען אלץ מוסיף זיין נאך גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#35 - וואס טו איך אז איך האלט שוין מער נישט אויס די יסורים?
התחזקות, שלום בית, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, וואס האט מיר מחזק געווען אמאל אין אסאך שווערע צייטן. אבער יעצט שפיר איך אז איך בין שוין אזוי שטארק צעבראכן אז קיין שום חיזוק וועט מיר שוין נישט העלפן.


אלעס אין לעבן גייט מיר שווארץ, די פרנסה, די שלום בית, די קינדער, און איך אליין. איך בין צעבראכן און צעהאקט אויף שטיק שטיקער, און איך האט מער נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


איך ארבעט אויף א פלאץ שוין פאר 12 יאר, און איך האב פיינט יעדע מינוט וואס איך בין דארט, אבער איך האב נישט גענוג זעלבס זיכערקייט איבערצולאזן די פאסטן און גיין זוכן אן אנדערע פרנסה. דער זון פונעם בעל הבית האט מיר פיינט און האלט אין איין זאגן ליגנטס פאר זיין טאטע וועגן מיר, און איך בין נישט גענוג שטארק ביי זיך צו קענען עפעס טון דערוועגן.


דערווייל ווער איך מער און מער דעפרעסט יעדן טאג, איך ווייס נישט פארוואס איך מיט מיין גאנצע משפחה דארפן אזויפיל ליידן, און איך האב ממש נישט מיט וועמען צו רעדן איבער מיינע ווייטאגן. איך האב נישט קיין נאנטער חבר, נישט קיין רבי אדער רב, און אפילו פאר מיין ווייב האב איך נישט דערציילט איבער מיינע אינערליכע יסורים.


איך האב שוין פיל געוויינט און גערעדט צום אייבערשטן, פילע לאנגע שמונה עשרה'ס האב איך שוין באגאסן מיט טרערן, אבער ווי עס זעט אויס וויל דער אייבערשטער מיר נישט אויסהערן. און די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט מיר איז נאר צו שטארבן, הלואי ווען איך קען ווען שטארבן, איך זע אזויפיל גוטע מענטשן ווערן אוועק גענומען פון דער וועלט, הלואי וואלט דער אייבערשטער מיר גענומען אנשטאט זיי.


אפשר האט איר עפעס אן אנדערע וועג ארויס פאר מיר?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו טראכטן פון שטארבן? שטארבן וועט דיר נישט העלפן; טראכט נישט פאר איין רגע אז דארט וועט דיר זיין בעסער, ענדערש געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן זאגן ער וויל שטארבן ווייל ער האט נישט קיין כח צו די יסורים וואס ער ליידט, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פד): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", זאלסט נישט טראכטן אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער, און דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין אז מען זאל כאפן א ביס פון א ווארים אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל שפירן עפעס ווען מען כאפט דעם ביס, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאל אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן זאלסטו זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט און דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.


דו שרייבסט אז דו האסט שוין אזויפיל געבעטן דעם אייבערשטן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיינע צרות ויסורים און דו זאלסט שוין האבן א ישועה אין אלע דיינע ענינים.

#34 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - ווי אזוי לאז איך זיך אפ פון א שלעכטן חבר?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו ס'איז נישט פארהאן קיין ליבשאפט, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז, און איך קען שוין קוים ווארטן חתונה צו האבן און זיך ארויסזען פון מיינע עלטערנ'ס הויז, דער פראבלעם איז אבער אז איך האב נאך עלטערע געשוויסטער, און מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק.


לעצטנס האב איך זיך אויף אן אופן באפריינדעט מיט א געוויסער אינגערמאן, דרייצן יאר עלטער פון מיר. איך ווייס אז דאס איז נישט ריכטיג, איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און איך ווייס אז דאס איז אן עוולה קעגן זיין ווייב און קינדער, אבער פאקטיש איז ער דער איינציגסטער מענטש וואס רעדט שיין צו מיר, וואס פארשטייט מיר, און וואס איז אינטערעסירט אין מיר.


איך וועל אים אבער אפלאזן, ווייל דאס איז די ריכטיגע זאך וואס איך דארף צו טון, איך וויל אבער לכבוד דעם באקומען א צוזאג אז איך וועל שנעל טרעפן א גוטע שידוך, און איך וועל האבן אן אמת'ע שלום בית, מיט אמת'ע ליבשאפט.


ביטע געב מיר חיזוק זיך צו קענען האלטן שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך האלטן שטארק. לאז אפ דעם מענטש מיט וועם דו האסט זיך באפריינדעט וכו' וואס איז עלטער פון דיר מיט דרייצן יאר און קען באלד זיין דיין טאטע. אפילו ער זעט דיר אויס צו זיין א פיינער מענטש איז דאס נישט פאר דיר; לאז אים זיין מיט זיין ווייב און קינדער, רעד נישט מיט אים און האב נישט גארנישט צוטון מיט אים.


עס זענען דא אסאך פיינע מענטשן און עס זענען דא אסאך גוטע מענטשן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז דו זאלסט זיך באפריינדן מיט יעדן וואס רעדט שיין וכו'. איך בעט דיר זייער געב זיך אכטונג, דו ביסט נאך יונג און דו הייבסט יעצט אן דיין לעבן, איז א שאד פאר דיר דו זאלסט אריין פאלן אין א נעץ. דו ווייסט דאך אז: "ליבשאפט מאכט בלינד", מען קען נישט טראכטן וואס איז ריכטיג; בעט איך דיר לאז אים אפ.


אז דו וועסט אפלאזן דעם מענטש זאג איך דיר צו אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב ווי דו וועסט באקומען אמת'ע ליבשאפט.

#32 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#31 - ווי אזוי דארף מען מדריך זיין כלות?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן הערן כסדר אויס אייערע שיעורים, פול מיר חיזוק און יראת שמים, דאס געבט אונז פילע גוטע עצות און חיזוק אין לעבן, א גרויסן יישר כח.


איך געב שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, איבער די נושא אז א פרוי דארף זיין א מקבל. דער אייבערשטער האט באשאפן אזוי אז דער מאן זאל זיין דער געבער און די פרוי די נעמער. נישט ווי ס'זענען דא פרויען וואס מיינען אז די ראלע פון א פרוי איז צו געבן פאר'ן מאן ליבשאפט און חיזוק, דער אמת איז פארקערט אז דער מאן איז דער וואס דארף געבן, און די פרוי דארף עס נעמען און הנאה האבן דערפון, און אויף דעם וועג האבן ביידע אינאיינעם א גליקליך לעבן.


האב איך געוואלט פרעגן אויב דער וועג וואס איך לערן אויס איז טאקע דער תורה'דיגער וועג, דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג ווי אזוי אידישע קינדער דארפן לעבן? און אויב יא, אפשר קענט איר מיר פארברייטערן איבער די נושא, מיט מקורות און ענינים איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט מדריך כלות ווי אזוי צו לעבן א אידיש לעבן על פי תורה; דער עיקר וואס מען דארף לערנען מיט כלות איז הלכות טהרה ווי אזוי צו האלטן און מקיים זיין אלע הלכות, אבער חס ושלום צו לערנען מיט זיי חומרות פון פרישות. די אלע כלה טיטשערס וואס לערנען מיט כלות חומרות פון פרישות זענען עתיד ליתן את הדין; זיי זענען שולדיג אין רוב גט'ן, זיי זענען שולדיג אז מען טרעפט טייערע אינגעלייט אין פלעצער וואו מען טוט עבירות רחמנא לצלן, וואס דאס קומט נאר ווייל מען לערנט פאלשע הדרכות מיט די כלות.


די מדריכים און מדריכות וואס לערנען פרישות וכו' און שרעקן אן די חתנים און כלות מיט קראנקע קינדער וכו', הגם זיי שטעלן זיך ארויס ווי חשוב'ע מענטשן זענען זיי אבער שלוחים פונעם סמ"ך מ"ם; דער סמ"ך מ"ם ציטערט ווען א בחור ווערט א חתן און א מיידל ווערט א כלה, ווייל ווען מען האט חתונה האט ער מער נישט קיין שליטה אויפן מענטש, דערפאר האט ער זיך געטראפן אן עצה: ער רעדט איין די חתנים און כלות זיי זאלן זיך פירן מיט פרישות און אזוי האט ער זיי ווייטער אונטער זיך.


א)   דעריבער אז איר שרייבט אז איר לערנט מיט כלות איז די די ערשטע זאך וואס איר דארפט אכטונג געבן: "נישט צו לייגן קיין שום חומרא און קיין שום הנהגה וואס צדיקים האבן זיך געפירט - אויף אונז פשוט'ע מענטשן".


ב)   צווייטנס, דאס וואס איר לערנט מיט די כלות אז די פרוי איז די מקבל און דער מאן דארף זיין דער משפיע - דאס איז אמת ויציב; אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, דער מאן איז דער וואס דארף געבן ליבשאפט און זיכערקייט וכו' וכו' פאר די ווייב. אבער דאס דארף מען לערנען מיט חתנים נישט מיט כלות; פאר חתנים דארף מען אויסלערנען צו זיין א געבער, געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער אז די כלות זאלן מסכים זיין צו נעמען ליבשאפט, דאס דארף מען אבער נישט לערנען מיט כלות, זיי וועלן דאס אליינס טון אויך אן אייערע שיעורים.


אדרבה לערנט אויס פאר די כלות אז עס מאכט זיך צייטן און פעלער ווען די ווייב דארף זיין די וואס געבט ליבשאפט; ווען מען זעט אז דער מאן איז א שברי כלי, ער איז צעבראכן, דאס לעבן גייט אים נישט ווי געפלאנט, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער מוטשעט זיך מיט זיינע שוועריקייטן און ער פאלט אריין אין א צעבראכענקייט, דאן זאל זי זיין די וואס איז משפיע אויף אים - אים אויפהייבן און דערמוטיגן.


ג)     לערנט אויס די כלות וואספארא כח א ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אלע אייערע תלמידות.

#30 - מעג איך איבערזאגן א שיינע גמרא פאר מיין ווייב?
שלום בית, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך לערן א שיין שטיקל גמרא, א שיינע סברא אדער א שיינע אגדתא, מעג איך עס איבערזאגן פאר מיין ווייב? וואס מעג א פרוי לערנען און וואס נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמו, סעיף ו): כאטשיג אויב א פרוי וועט לערנען תורה וועט זי באקומען שכר דערויף, דאך זאלן פרויען נישט לערנען קיין תורה. חכמינו הקדושים האבן געזאגט (סוטה כא:): כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בִּתּוֹ תוֹרָה, כְּאִלּוּ מְלַמְּדָהּ תִּפְלוּת, ווער עס לערנט מיט זיין טאכטער תורה איז אזוי ווי ער לערנט מיט איר צו טון עבירות, זאגט די רמ"א: "וּמִכָּל מָקוֹם חַיֶּבֶת הָאִשָּׁה לִלְמֹד דִּינִים הַשַּׁיָכִים לְאִשָּׁה", אבער אלע הלכות וואס זענען שייך ביי פרויען דאס דארף מען יא לערנען מיט זיי, עיין שם.


דאס איז געזאגט געווארן צו לערנען מיט זיי וכו', אבער אגדות חז"ל און מוסר דאס איז יא גוט זיי זאלן לערנען און דאס האבן זיך אלע ערליכע פרויען געפירט צו לערנען, אזוי ווי דער הייליגער חפץ חיים שרייבט אין א בריוו: "בְּדוֹרוֹת הַקּוֹדְמִים הָיָה לְכָל בֵּית יִשְׂרָאֵל מָסוֹרֶת אָבוֹת וְאִמָּהוֹת לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ הַתּוֹרָה וְהַדָּת וְלִקְרוֹת בְּסֵפֶר 'צְאֶינָה וּרְאֶינָה' בְּכָל שַׁבָּת קוֹדֶשׁ", אין די פריערדיגע דורות פלעגן די פרויען לערנען יעדן שבת דעם ספר צאינה וראינה - די פרשה דערציילט על פי חז"ל.


דעריבער איז זייער א גוטע זאך אז יעדעס מאל ווען דו לערנסט און די טרעפסט א שיינע מעשה אין די גמרא זאלסטו דאס דערציילן פאר דיין ווייב און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - דארף א פרוי אפשערן די האר, אדער איז גענוג צוצודעקן?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייער ענטפער איבער מיין שאלה אויב שערן די האר פאר פרויען איז נאר א חומרה אדער אן הלכה, איר האט מיר געברענגט דעם הארבן זוהר אז ס'וועט קומען א קללה אויף פרויען וואס מ'זעט ארויס זייער האר.


מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ וויל איך אבער פרעגן אז אין דעם זוהר שטייט נישט אז מ'זאל שערן די האר, נאר אז מ'זאל עס נישט ארויסזען, און פון דעם זעט אויס אז אויב די האר איז פארדעקט מיט א טיכל אדער שייטל איז עס נישט קיין פראבלעם.


אויך האב איך גערעדט צו מיין ווייב איבער די חשיבות פון זיך שערן די האר, האט זי מיר געזאגט אז לויט די באקאנטע מעשה פון די גמרא אז ס'איז געווען א פרוי וואס האט זוכה געווען צו גוטע קינדער ווייל "די ווענט פון איר הויז האבן קיינמאל נישט געזען איר האר", זעט אויס פון דעם אז זי פלעגט נישט שערן די האר, נאר זי האט זייער אכטונג געגעבן אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט ארויסזען.


איך האף אז איר וועט מיר קלאר מאכן דעם ענין.


א גרויסן יישר כח, שלום.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; אז מען שערט זיך אפ די האר איז מען זיכער אז מען וועט נישט האבן די אלע צרות וואס דער זוהר רעכנט אויס.


"וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארימקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב.


אמת, דער זוהר הקדוש רעדט פון זיין צוגעדעקט, אבער דער מציאות ווייזט אז אויב מען האט האר דעקט זיך עס אויף, דעריבער פירן זיך די ערליכע פרויען אז זיי שערן זיך אפ כדי זיי זאלן נישט באקומען די אלע שלעכטס וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז עס קומט ווען די האר זעט זיך ארויס.


געב אכטונג נישט צו צווינגען דיין ווייב זי זאל זיך אפשערן ווייל עס קען נאכדעם זייער אויסקלאפן השם ישמרינו אויף שלעכטס; אלעס קען מען פועל'ן מיט רעדן שיין און מיט אסאך סבלנות. מען דארף אסאך שמועסן פון דאס גרויסקייט פון פאלגן וואס צדיקים זאגן און פון די שכר וואס מען איז זוכה אז מען גייט אויף די וועגן פון ערליכע אידן, די אלע וואס זענען נאכגעגאנגען זייערע חכמות זענען ביים סוף מודה צום ערליכן איד אז ער האט א שיינע לעבן און נחת פון זיינע דורות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; קודם רעדט מען אויף צדיקים, נאכדעם גייט מען ארויף צו די פריערדיגע דורות, מען לאכט אפ פון זיי, מען מיינט אז מען פארשטייט בעסער, מען האלט זיך קלוגער, אבער ביים סוף זעט מען דעם חילוק פון דער וואס האט געפאלגט וואס צדיקים זאגן און דער וואס איז געגאנגען מיטן אייגענעם שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#28 - ווי אזוי קען איך ליב האבן מיין ווייב, ווען זי איז נישט אזוי אהערגעשטעלט?
שלום בית, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיר נישט, אבער איך קען אייך יא, איך הער אסאך אייערע שיעורים און דאס לייכט מיר אויף מיין לעבן, עס געבט מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין אין סיי וועלכע מצב אין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן.


איך האב ב"ה זוכה געווען צו זייער א געלונגענע וואוילע און גוטע ווייב, מיר האבן שוין עטליכע ליכטיגע קינדער קע"ה, מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז נישט אזוי שיין אהערגעשטעלט, און איך הער נישט אויף טראכטן אז איך וויל האבן א שיינע ווייב, אנגעטון שיין מיט א שייטל וכו'.


די מחשבות לאזן מיר נישט צורוה, און איך ווער משוגע פון דעם. איך טראכט וואס איך וואלט געקענט טון דערצו, פאר מיינע עלטערן וואלט איך קיינמאל נישט געקענט זאגן אז איך דארף א שידוך מיט א שייטל, ווייל זיי וואלטן דאס נישט אויסגעהאלטן, און וואס קען איך יעצט טון? אפשר דארף איך איר יעצט בעטן אנצוטון א שייטל און זיך שיין אהערשטעלן? אפשר אזוי וועט דאס מיר בארואיגן און איך וועל האבן א גוט לעבן?


ביטע ליינט איבער מיין שאלה מיט ישוב הדעת, און ענטפערט מיר מיט לאגיק און געפיל, מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו קענען העלפן אידישע קינדער אייער גאנץ לעבן מיט הרחבת הדעת.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט יעדע שאלה קען מען ענטפערן בכתב, בפרט ווען מען קען נישט דעם מענטש וכו', נאר מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר נישט ענטפערן אבי מיט א חז"ל נאר מיט לאגיק און הארץ וכו'; וויסן זאלסטו אז ביי אידן איז נישט דא קיין לאגיק, ביי אונז אידן איז נאר דא וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס די תורה זאגט און וואס אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן.


ר' נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קטז): "אֶחָד הָיָה מְדַבֵּר עִמּוֹ, וְהָיָה מְשַׁבֵּחַ אֶת אִישׁ אֶחָד שֶׁמִּתְנַהֵג בְּיֹשֶׁר, וְאָמַר עָלָיו בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה הוּא 'אָרִינְטְלִיךְ'", א איד האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אויף איינעם אז יענער איז זייער אן 'ארינטליכער מענטש', "עָנָה הוּא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה וְאָמַר: שֶׁעַל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי אֵין שַׁיָּךְ לוֹמַר אָרִינְטְלִיךְ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: אויף א איד איז נישט שייך צו זאגן 'ער איז ארינטליך', "כִּי אֻמּוֹת הָעוֹלָם יֵשׁ לָהֶם הַנְהָגוֹת נִימוּסִיּוּת, מַה שֶּׁהַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר מְחַיֵּב, שֶׁזֶּה נִקְרָא אָרִינְטְלִיךְ", ביי גוים איז שייך צו זאגן 'ארינטליך' ווייל זיי פירן זיך מיט שכל און לאגיק, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת שֶׁהֵם מִצַּד דֶּרֶךְ אֶרֶץ מַה שֶּׁהַיֹּשֶׁר וְהַשֵּׂכֶל מְחַיֵּב, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת אֵין עוֹשִׂין מֵחֲמַת דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִצַּד חִיּוּב הַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר, רַק מִגְּזֵרַת הַמֶּלֶךְ הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ שֶׁצִּוָּה עָלֵינוּ בְּתוֹרָתוֹ לַעֲשׂוֹת כָּךְ", אבער ביי אונז אידן איז נישט שייך צו זאגן אז מיר פירן זיך מיט שכל און לאגיק, ווייל אפילו די מצוות וואס דער שכל איז מחייב טוען מיר אויך נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל מסביר געווען פאר אן אפיקורס דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יג:): "אָמַר רַב יִצְחָק, קָשָׁה רִמָּה לְמֵת כְּמַחַט בְּבָשָׂר הַחַי", עס טוט וויי פארן טויטן מענטש ווען די ווערים בייסן אים אזוי ווי עס טוט וויי פאר א לעבעדיגע מענטש ווען ער כאפט א שטאך פון א נאדל; ר' נתן האט דאס אים ערקלערט מיט שכל וכו', שפעטער האט זיך ר' נתן אנגערופן פאר זיינע תלמידים וואס זענען געווען דערביי: "דאס וואס איך האב מסביר געווען פריער דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז פאר אים וואס ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטער, אבער איר זאלט וויסן אז: "וואס חז"ל זאגן דאס זאגט 'גאט'".


דאס זעלבע זאג איך דיר: דו דארפסט תשובה טון אויף דעם וואס דו שרייבסט "מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל" און דו ווילסט הערן א תשובה פון לאגיק און הארץ, ווייל נאר וואס חז"ל זאגן אונז דאס איז שכל און פארשטאנד.


יעצט צו דיין שאלה. דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן, דו שרייבסט אז דו האסט זוכה געווען צו א געלונגענע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער עס שטערט דיר איר אויסזען וכו', דו ווילסט האבן א ווייב וואס דו האסט נישט, א זאך וואס איז ציענדיג ווי לאנג מען האט עס נישט.


וויסן זאלסטו אז ליבשאפט וכו' האט נישט נאר מיטן אויסזען, הער אויס וואס די הייליגע חז"ל זאגן (סוטה מז.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן שְׁלֹשָׁה חִינוֹת הֵן", דריי סארט חן האט דער אייבערשטער באשאפן, איינע פון די דריי איז: "חֵן אִשָׁה עַל בַּעְלָהּ", אז א פרוי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; זאגט רש"י (דבור המתחיל "חן האשה"): דער אייבערשטער מאכט: "אֲפִילוּ הִיא מְכֹעֶרֶת נוֹשֵׂאת חֵן בְּעֵינָיו", אפילו א מיאוס'ע פרוי מאכט דער אייבערשטער זי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; דער אייבערשטער מאכט אז עס זאל זיין חן צווישן מאן און ווייב אזוי קען די וועלט אנגיין. אין אנהייב ציט נאר דאס אויסזען און צוביסלעך בויעט מען אויף א שטארקע טיפע ליבשאפט איינער צום צווייטן און מען ציט אויף קינדער און אייניקלעך, דער ליבשאפט ווערט שטערקער און טיפער ווי דאס ליבשאפט וואס האט זיך אנגעהויבן נאר פונעם אויסזען.


פארשטייט זיך אז דאס אלעס קען נאר ארבעטן אז מען היט זיך די אויגן, ווייל אז מען האט נישט קיין שמירת עינים ווערט מען קיינמאל נישט זאט, אזוי ווי חז"ל דערציילן (תמיד לב:): דער גרויסער קעניג אלכסנדר מוקדון איז אמאל אנגעקומען צום טויער פון 'גן עדן', ער האט געקלאפט אויפן טיר מען זאל אים עפענען, האט מען אים געזאגט (תהלים קיח, כ): "זֶה הַשַּׁעַר לַה' צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ", דעם טיר עפענט מען נאר פאר ערליכע אידן, דא קומען אריין נאר צדיקים; האט ער זיך געבעטן: "איך בין דאך א קעניג, עפענט מיר", האט מען אים געעפענט די טיר. ער האט געבעטן מען זאל אים געבן עפעס פון 'גן עדן', זאגן חז"ל: "יְהַבוּ לֵיהּ גּוּלְגָּלְתָּא חֲדָא", האט מען אים געגעבן א שטיינדל. ער האט געוואלט וויסן ווי חשוב דער שטיין איז, ווי סאך דאס וועגט, "אַתְיָיהּ תַּקְלֵיהּ לְכוּלֵּיהּ דַּהֲבָא וְכַסְפָּא דִּידֵיהּ בַּהֲדֵיהּ לֹא הֲוָה מַתְקָלֵי", האט ער גענומען דעם שטיינדל און עס געלייגט אויף איין זייט פונעם וואגשאל און זיין גאנצע גאלד און זילבער אויף די אנדערע זייט, און דער שטיינדל האט אלץ אראפ געוואויגן, ער האט זיך זייער געוואונדערט וואס דאס איז, "אָמַר לְהוֹן לְרַבָּנָן מַאי הַאי", איז ער געקומען צו די הייליגע חז"ל און זיי געפרעגט וואס איז פשט פון דעם שטיינדל וואס וועגט מער פון אלעס? "אָמְרִי, גּוּלְגָּלְתָּא דְּעֵינָא דְּבִישְׂרָא וְדָמָא דְּלֹא קָא שָׂבַע", האבן אים די הייליגע חכמים ז"ל געזאגט: דאס איז נישט קיין שטיינדל, דאס איז אן אויג פון א מענטש וואס ווערט נישט זאט, נאר וואס ער פארמאגט דארף ער אלץ נאך, "אָמַר לְהוּ מִמַּאי דְּהָכִי הוּא?" אלכסנדר מוקדון האט נישט געגלייבט די חכמים, האט ער זיי געבעטן זיי זאלן אים אויפווייזן אז עס איז טאקע אזוי, האבן די חכמים גענומען א שטיקל שארב און עס ארויף געלייגט אויפן אויג, און די וואגשאל האט זיך גלייך אראפ געלייגט אויף די אנדערע זייט, האבן זיי אים געוויזן מיט דעם אז ווי לאנג א מענטש לעבט און די אויג איז אים אפען, גלוסט ער פאר זאכן וואס ער האט נישט, אבער איינמאל מען שטארבט און מען דעקט צו די אויג מיט א שארב דעמאלט דארף מען שוין גארנישט.


עס איז נישט קיין פראבלעם אז דיין ווייב זאל זיך שיין מאכן פאר דיר; אפילו אין גאס צווישן מענטשן גייט זי אנגעטון ווי זי האט געזען ביי אירע עלטערן, דאך קען זי זיך אהערשטעלן פאר דיר וכו', אבער מיין נישט פאר קיין איין רגע אז דער וואס האט שוין וואס ער חלומ'ט זיך דער האט נישט קיין נסיונות; טראכט נישט אז די וואס האבן א פרוי וואס גייט ווי דו משל'סט זיך אויס די זענען צופרידן, ווייל ליבשאפט צו די ווייב קומט נאר אויב מען פירט זיך מיט יראת שמים. נאר ערליכע אידן האבן שלום בית, נאר די וואס לעבן מיט די תורה האבן ליב זייער שטוב; דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן און מען לעבט ווי די תורה זאגט דעמאלט איז דא שלום בית.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער און דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע מעלות וואס דיין ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד): ווען דער אייבערשטער מאכט שידוכים נעמט ער ארויס געפאנגענע פון זייער תפיסה, א בחור און א מיידל פאר זיי האבן חתונה זענען זיי אין זייער תפיסה, און ווען דער אייבערשטער מאכט פאר זיי א שידוך נעמט ער זיי ארויס פון זייער געפענגעניש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", פרעגן חז"ל: וואס מיינט "בַּכּוֹשָׁרוֹת"? נאר דאס זענען צוויי ווערטער: "בְּכִי" וְ"שִׁירוֹת"; איינער וויינט און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן.


אן ערליכער איד דאנקט יעדן אינדערפרי דעם אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט, יישר כח אייבערשטער אז איך האב א ווייב, יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אליין, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב איז געזונט, יישר כח אייבערשטער אז מיר האבן קינדער, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב טראגט די אחריות אויף די קינדער"; און מען בעט אויף ווייטער: "העלף מיר אייבערשטער אז מיר זאלן אויפשטעלן אינאיינעם ערליכע אידישע דורות, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זען איינער אויפן צווייטן נאר די מעלות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא עפעס הנאה פון עולם הזה, איך זאל געדענקען אז דער לעבן גייט אריבער, אז נאך אביסל גיי איך שוין צוריק צו דיר און נאר די ערליכע דורות וועט איבערבלייבן פון מיר".


זאג דיר אליינס די מעלות פון דיין ווייב, וועט אריין גיין ליבשאפט אין דיר; הער שכל וואס די חז"ל זאגן אונז (כתובות יז.), די בית הלל זאגן אז מען זאל זאגן פאר יעדן חתן: "דו האסט באקומען א שיינע ערליכע כלה", פרעגט די גמרא אויב די כלה איז א הינקעדיגע אדער א בלינדע איז דאס דאך ליגנט, ווי מעג מען זאגן ליגנט? זאגן חז"ל אז כדי צו מאכן שלום מעג מען אפילו עס איז נישט אמת; אפילו זי האט א פעלער זאל מען איר אויסלויבן אזוי וועט דער חתן איר ליב האבן.


זעט מען פון דעם אז אפילו א מענטש איז פול מיט חסרונות, אויב זאגט מען אים אז דאס איז גוט און שיין ווערט עס אין זיינע אויגן שיין און גוט; דאס זעלבע קען מען זיך אליינס אויסלויבן, מען דארף זיך אליינס זאגן אלע מעלות וואס מען האט און אלע מעלות וואס די ווייב האט, אזוי וועט מען האלטן פון זיך און פון די ווייב.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל ווי אזוי זיך צו פירן, וועסטו האבן דעם 'גן עדן' אויף דער וועלט.


א גוט יום טוב.

#27 - האב איך ריכטיג געטון אז איך האב זיך גע'גט?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן איבער ווי אזוי צו האנדלען מיט מיינע קינדער לגבי זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן. דאס האט מיר זייער בארואיגט און דערפריידט צו וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך טאקע פרובירן אזוי צו טון.


אזוי ווי איר האט מיר געשריבן אז מ'דארף זיך האלטן בשלום, נישט פירן קיין מחלוקת, און אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף אים, זיך האלטן צום אפמאך פון שיקן די קינדער, און אזוי ווייטער; האט דאס מיר געמאכט טראכטן צי איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן בכלל?


דער גאנצער גט איז בעיקר געקומען דורך מיינע עלטערן וועלכע האבן זיך אריינגעמישט אין אונזער לעבן, עס האט זיי נישט געפאסט צו האבן אזא סארט איידעם וואס גייט נישט פונקטליך אין זיין סארט וועג.


איך בין זייער צומישט אויב איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן, כאטש וואס צומאל פריי איך זיך טאקע אז איך האב זיך אפגע'גט פון אים, אבער רוב צייט האב איך אסאך שולד געפילן און געדאנקען פון חרטה אויב איך האב גוט געטון.


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן מיט דעם, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס האט מיר זייער וויי געטון ווען איך האב געליינט וואס איר שרייבט, אז אייער גט איז געשען צוליב אייער משפחה וואס האבן זיך אריין געמישט וכו'; ליידער פאסירן זייער אסאך גט'ן פון עלטערן וואס מישן זיך אריין וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות, די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן, נאר מען דארף זוכן אן ערליכער איד וואס זאל העלפן עס זאל זיין שלום בית; דער ערליכער איד וויל נישט קיין געלט, ער האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן, ער וויל נאר איין זאך עס זאל זיין גוט פאר דעם פאר-פאלק.


העבר אין והעתיד עדיין; יעצט דארפט איר אכטונג געבן אז אייערע קינדער זאלן וואקסן געזונט. מען האט גארנישט פון טראכטן אויף צוריק, עס איז א שאד זיך אויפצועסן דאס געזונט טראכטנדיג צי מען האט יא גוט געטון צי נישט, מען דארף זיין קלוג צו טראכטן וואס צו טון אויף להבא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו מגדל זיין אייערע קינדער געזונטערהייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#26 - זאל איך לאזן מיינע קינדער גיין צו מיין געוועזענער מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, כאטש וואס די שיעורים ווערן געגעבן פאר מענער, האב איך אבער אויך פון דעם פיל חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך גיי יעצט אריבער שווערע צייטן אין לעבן, איך בין א גרושה מיט עטליכע ליכטיגע קינדערלעך קע"ה, זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן, פלעגט מיר שלעפן צו נישט גוטע פלעצער, און יעצט זענען מיר שוין גע'גט.


מיין שאלה איז וועגן די קינדער, ביים גט האט מען אפגעמאכט צייטן ווען די קינדער וועלן גיין צו אים, ער זאגט אז ער רעדט צו די קינדער און איז זיי מחנך אויפ'ן געהעריגן וועג אזוי ווי ער איז מחונך געווארן, למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, קודם איז דאס פשוט שווער פאר מיר יעדעס מאל דאס אויסשטעלן ווי אזוי די קינדער זאלן גיין און קומען, למעשה באקומען זיי נישט צופיל יראת שמים פון זיין ביי אים, אבער למעשה באקומען זיי ליבשאפט פון זייער טאטע וואס דאס איז יא גוט פאר זיי.


איז מיין שאלה אויב איך זאל ווייטער אנהאלטן דאס שיקן די קינדער צו אים אזוי ווי מ'האט אפגעשמועסט, אדער זאל איך אפהיטן די קינדער און זיי האלטן נאר ביי מיר?


איך בין זייער צומישט און איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך האף אז איר וועט מיר קענען קלאר שטעלן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער דארפט איר אכטונג געבן זיך נישט צו קריגן מיט דער טאטע פון אייערע קינדער (אייער געוועזענער מאן).


קינדער דארפן האבן זייער טאטע פונקט ווי זיי דארפן זייער מאמע; אויב מען האלט אפ קינדער פון גיין צו זייער טאטע אדער מאמע וועלן די קינדער אויפוואקסן פעלערדיג. אזוי אויך טארן די קינדער נישט הערן ווי מען רעדט איינער אויפן צווייטן, ווען קינדער זעען ווי די עלטערן קריגן זיך ווערן זיי זייער דערשראקן און פארמאכט, דאס ברענגט זיי זאלן אויפוואקסן נישט זיכערע קינדער לא עלינו.


איר זאלט ווייטער שיקן אייערע קינדער צו זייער טאטע אזוי ווי מען האט אפגעמאכט ביים גט, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונט.


איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן ווען זיי דערציילן פון זייער טאטע; אויב איר הערט צוריק פון אייערע קינדער זאכן וואס דער טאטע טוט מיט זיי/רעדט מיט זיי/פירט זיך מיט זיי וכו' וואס איר האלט אנדערש, זאלט איר זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר זאגט זיי אייער מיינונג, כדי איר זאלט נישט מאכן דעם רושם ווי איר רייסט אונטער זייער טאטע. די בעסטע זאך וואלט געווען איר זאלט רעדן מיט אים (ווי אזוי עס איז אייך באקוועם - דירעקט מיט אים אדער דורך א פארמיטלער) און זיך דורך קומען מיט אים, אבער נישט אריין נעמען די קינדער אין ויכוחים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער מיט יראת שמים, און נאך אלע עצות דארף מען געדענקען אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה".


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


אז איר וועט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת און איר וועט זוכן עס זאל זיין שלום, דורכדעם וועט איר ראטעווען אייערע קינדער פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן עב): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל אֶת בָּנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", דורך שלום ווערן די קינדער געראטעוועט פון מיתה און פון גלות; ווייל אז עלטערן קריגן זיך אנטלויפן די קינדער פון שטוב, זיי טרעפן שלעכטע חברים, ביז זיי נעמען דראגס רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.