שאלה אין קורצן ענין
#100 - פארוואס דארף מיין ווייב נעמען עצות פון אירע חבר'טעס?
שלום בית, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע לעבן וואס מען באקומט פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צום ביישפיל נעכטן ביינאכט בין איך געזעסן אינדערהיים און געלערנט, מיין ווייב האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט איינעם, יענער האט אונז געוואלט איינטיילן וועלכע אפיקומן מיינע קינדער מעגן בעטן און וואס מיר זאלן זיי קויפן, איך האב ווייטער געלערנט פלייסיג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין געווען כאילו א נפטר, ווען א שטיק צייט צוריק איידער מיין התקרבות צום רבי'ן וואלט איך שוין לאנג געפלאצט אז יענער טיילט איין פאר מיין משפחה ווי אזוי זיך צו פירן.


א באזונדערע יישר כח פאר דעם אליינס אז ווען מיין ווייב איז אויפגערעגט, קען איך איר פרייליך מאכן, דאס איז אויך א חידוש נפלא פאר מיר. 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טשעפע נישט דיין ווייב, לאז אפ; זי מעג רעדן מיט אירע חבר'טעס, זי מעג הערן פון חבר'טעס עצות.


פארוואס זאל שטערן ווען די ווייב רעדט מיט א חבר'טע על דא ועל הא? פארוואס דארף מען זיך אויפעסן ווען די ווייב זאגט: "די חבר'טע זאגט מיר עס איז יא גוט אזוי צו טון, און אן אנדערע חבר'טע זאגט עס איז נישט גוט אזוי צו טון"? עס דארף דערפרייען דעם מאן אז די ווייב האט מיט וועם צו שמועסן, מיט וועם צו רעדן; נישט איר פארהאלטן: "וואס רעדסטו מיט דעם און מיט יענעם?"


דו גייסט דאך ארויס אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, טרעפסטו מענטשן, דו לופטערסט זיך אויס; זאל זי אויך מעגן זיך אויסלופטערן.


עס איז א גרויסע מצוה פרייליך צו מאכן אין שטוב. חכמינו הקדושים זאגן (ראש השנה ו:): "אִשָׁה בַּעְלָהּ מְשַׂמְחָהּ"; מוהרא"ש ברענגט דאס אין די בריוו צענדליגער טויזנטער מאל, דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן די ווייב, און אז דאס איז דער סוד פון א גליקליכע לעבן - מען זאל פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס זאל שטענדיג זיין אין שטוב א פרייליכע אטמאספער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - ווי אזוי מאך איך א סיום הש"ס, ווען איך האב נאר געזאגט די ווערטער?
שלום בית, בושה, סיום הש"ס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן דעם סיום. איך שעם זיך צו מאכן די סיום און זאגן פאר מיין ווייב איבער דעם, איר בעטן אז איך וויל מאכן א סיום אינדערהיים מיט די קינדער, ווייל איך האב דאך נאר געזאגט די ווערטער, מיין ווייב ווייסט דערפון, און זי ווייסט אויך פון איר באבע וואס זאגט אז עס איז גארנישט ווערד.


רופן מיינע עלטערן שעם איך זיך נאך מער, ווייל זיי גייען פאר יעדן אז איך האב געזאגט ש"ס און איך בין געווארן א ברסלב'ער פון היכל הקודש, וואס קען מיר דער ראש ישיבה עצה'נען אויף דעם?


יישר כח פאר'ן מיר געבן אזויפיל מוט און חיות צו אלעס אין די וועלט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי תלמוד בבלי; יעצט ביסטו רייך, יעצט האסטו שוין עפעס אין די האנט אוועקגעלייגט פאר דיין נצחיות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה' – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", איינער וואס לערנט נישט איז ארעם, דער וואס לערנט איז רייך.


דערצייל פאר דיין ווייב די גוטע נייעס אז דו האסט מסיים געווען גאנץ ש"ס, זי וועט זיך זייער פרייען; נישטא נאך אזא שמחה פאר א פרוי ווען זי הערט אז איר מאן לערנט, איר מאן מאכט סיומים, איר מאן האט מסיים געווען ש"ס; זי וועט דיר ארויפקוקן און דיר מחשיב זיין.


אז זי וויל מאכן א שיינע סיום פאר די קינדער - מה טוב ומה נעים, און אז זי וויל נאכנישט מאכן קיין סיום, זי שעמט זיך מיט היכל הקודש - דארף דאס דיר נישט שטערן, וועסטו אוועקלייגן און מאכן דעם סיום ביי די גרויסע סעודה וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא עה.): "עתיד הקדוש ברוך הוא לעשות סעודה לצדיקים מבשרו של לויתן", דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע סעודה פון די לויתן לעתיד לבוא פאר די צדיקים, וועסטו דעמאלט מאכן דיין סיום און זאגן דעם הדרן, דעמאלט וועט קיינער נישט לאכן פון דיר, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון יעדע ווארט תורה וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען אפילו אן פארשטיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ודע שלעתיד מזכירין את האדם כל מה שלמד, אף אם שכח", זאלסט וויסן אז לעתיד לבוא טוט מען דערמאנען פאר'ן מענטש אלע תורה וואס ער האט געלערנט און פארגעסן, "גם בני אדם השומעים התורה של הצדיק האמת ואינם מבינים אותה, לעתיד בעולם הבא יבינו", אזוי אויך אלע וואס הערן תורה פון צדיק און זיי פארשטייען נישט, לעתיד לבוא, אויף יענע וועלט - וועלן זיי דאס פארשטיין, "כי עיקר התורה היא להנשמות", ווייל די עיקר תורה איז פאר די נשמות, "שבעולם הבא יהיו הנשמות בקיאים ומשיגים היטב את התורה שלמד ושמע האדם בעולם הזה", אויף יענע וועלט וועלן די נשמות גוט פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געהערט בזה העולם, "אשרי המבלה ימיו בתורה ועבודה הרבה", וואויל איז דעם וואס פארברענגט זיינע טעג מיט תורה און עבודת השם יתברך.


זיי פרייליך מיט דיין ש"ס; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען צו דעם און הויב שוין אן נאכאמאל, א צווייטע מאל ש"ס, און א דריטע מאל; אזוי זאלסטו טון א גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - דאס לעבן איז מיר שוין נישט ווערד, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, צרות, נסיונות, גט, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי זיך גט'ן און דערנאך גיי איך זיך איינשרייבן אין א משוגעים הויז, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו לעבן. קיינער דארף מיר נישט דא אויף דער וועלט, און אויך דער אייבערשטער האט מיר נישט ליב, אזוי ווי קיינער האט מיר נישט ליב און אויך מיין ווייב דארף מיר נישט, איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף איינעם וואס וועט מיך יא ליב האבן.


איך בין אזוי דעפרעסט, איך האב שוין אפילו נישט קיין כח צו מקיים זיין תורה ומצוות. איך מיין אז די בעסטע פאר מיר וועט זיין זיך צו גט'ן און גיין אין משוגעים הויז, דארט וועט מען מיר צושטעלן צו עסן און שלאפן, און אויך א ספר צו לערנען, און מער פון דעם דארף איך נישט. איך דארף מער נישט אז איינער זאל מיך ליב האבן.


איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער נעמט מיר נישט צו די נשמה, פארוואס לאזט ער מיר דא לעבן און ליידן אויף דער וועלט? מיט אזעלכע עלטערן, מיט אזא יוגנט, און אזא ווייב, וואס איז די לעבן נאך ווערד? איך בעט נאר איין תפלה צום אייבערשטן, ער זאל מיך אוועקנעמען פון דער וועלט ווי שנעלער, טוב מותי מחיי.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט ליב ווען מען שרייבט אזוי, אבער איך האב אפילו נישט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען געהעריג אראפשרייבן מיינע געפילן. אפשר וועט דער אייבערשטער יא רחמנות האבן אויף מיר, אדער אפשר בין איך פשוט א כפוי טובה, אפשר בין איך דער גרעסטער רשע אויף דער וועלט, אז מען לאזט מיר שוין אפילו נישט תשובה טון?


איך בין זייער צעבראכן און צעמישט, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, אויסקלארן, און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס האסטו זיך אזוי פיינט? אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט דו מיט דיין ווייב - מיינט נישט אז די וועלט איז געענדיגט; אז דו האסט געהאט א שווערע יוגנט - איז די וועלט נאכנישט געענדיגט; ווי עס זעט אויס גייסטו יעצט אריבער א שווערע נסיון, און אויב דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו דאס אלעס אריבערגיין, עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן.


דו יאגסט זיך צום טויט? דו ווייסט בכלל וואס איז דאס טויט? וואס ווייסטו וואס ווארט אפ דעם מענטש אויבן אין הימל אז דו שרייבסט "טוב מותי" - די טויט איז מיר בעסער! דו ווייסט בכלל וואס טוט זיך אין יענע וועלט אז דו זאגסט "טוב מותי"?! אז מען וועט צאמנעמען אלע צרות פון די וועלט - קומט דאס נישט אן צו איין ברי פון די גיהנום און צו די עונשים קשים ומרים וואס די נשמה גייט אריבער.


דאווען נישט די נישט גוטע תפילה - אז דער אייבערשטער זאל דיר אוועקנעמען פון די וועלט; דאווען א גוטע תפילה, דאווען אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט פטור ווערן פון שלעכטס און פון שלעכטע מחשבות.


אז דו שפירסט ווי דיין מח קען נישט דערהייבן אזויפיל - זאלסטו זיך ווענדן צו א דאקטער ער זאל דיר העלפן מיט גוטע מעדעצין; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען שטארקן און צוריק אנגיין מיט דיין סדר היום.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן דיין גאנצע הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר מיום הולדך, פון דיין געבורט, אלעס וואס דו ביסט אריבער; שמועס אויס יעדע זאך בפרטי פרטיות, דערצייל אים וועגן דיינע עלטערן, דערצייל אים וועגן דיין ווייב, דערצייל אים וועגן דיינע אייגענע מחשבות און בלבולים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן.


ווער עס פאלגט די עצה פון רבי'ן, ער מאכט התבודדות, ער דערציילט זיינע ווייטאגן פאר'ן אייבערשטן, ער שמועסט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן - דער קען אריבערגיין אלע שווערע צייטן, מען ווערט נישט אויס, מען באקומט שטארקע נערווען צו קענען אסאך פארנעמען, אויך ווערט מען אן ערליכער איד און א צדיק, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - מעג איך זיך אביסל אונטערשניידן די בארד?
שלום בית, מוהרא"ש, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איידער איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, פלעג איך אונטערשניידן מיין בארד. נישט חס ושלום אפשניידן, נאר אביסל שיין געמאכט עס זאל נישט ווערן צו לאנג. פון ווען איך בין געווארן מקורב האב איך אויפגעהערט, מיין בארד וואקסט אבער צו לאנג און עס איז מיר זייער שווער זיך איינצוהאלטן, ווייל איך טראכט אז אונטערשניידן איז דאך נישט אפשניידן, איך בעט אבער דעם אייבערשטן איך זאל זיך קענען איינהאלטן, און אזוי שטופ איך א טאג נאך א טאג.


וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב זאגט מיר אז מיין בארד איז צו צעשלאכעט און אז עס ווערט צו לאנג, און דאס איז מיר זייער שווער. אפשר מעג איך יא אביסל אונטערשניידן? איז דאס אויך אן איסור אדער איז דאס גרינגער? אפשר דאס וואס דער רבי זאגט וועגן ליגן מיט די פיס צום טיר מיט בארד און פיאות מיינט נישט אז מען טאר נישט אונטערשניידן די פיאות אדער די בארד אביסל וויבאלד עס איז נאכאלץ דא א בארד?


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל אבער טון וואס דער אייבערשטער וויל. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אביסל אויסקלארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שנייד נישט דיין בארד, אויך נישט למחצה לשליש ולרביע, אפילו א משהו; די בארד איז די רערן וואס ברענגען די שפע פונעם אייבערשטן צום מענטש. דער זוהר הקדוש באטיטלט די בארד: "צינורות דקדושה", עס ברענגט אלע הייליגקייטן, גוטס און נאנטקייט צום אייבערשטן.


אז דיין ווייב שטערט דיין בארד - קענסטו דאס אריינדרייען, איינקניפן. מוהרא"ש האט אזוי געטון, נאך די חתונה האט זיין ווייב געוואלט זיין בארד זאל זיין איינגעקניפט, אויך די פאות. שפעטער, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל גיין מיט שיינע געקרייזלטע פאות, מיט די בארד ארויסגעלאזט - האט זי מסכים געווען דערצו. דו קענסט אזוי טון, איינדרייען אדער איינקניפן, אבער נישט שניידן אפילו א ברעקל.


ליידער זענען מיר אויסגעמישט צווישן אומות העולם, מען ווערט אזוי פאר'גוי'אישט מען הויבט אן ליב האבן די אויסזען פונעם גוי, מען הויבט אן ליב האבן א טשופ מיט א געגאלטן פנים, ביז אידישע טייערע הייליגע קינדער הויבן דאס אן נאכטון.


קוק א שארפע לשון וואס רבי נתן שרייבט וועגן שניידן די בארד (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


וואויל איז דעם וואס האט ליב ווי אזוי די תורה זאגט, ער האט ליב ווי אזוי צדיקים לערנען אונז, און וואויל איז דעם וואס אפילו ער האט נאכנישט ליב ווי אזוי די תורה זאגט - דאך טוט ער רצון השם, ער ווייסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און אזוי דארף מען טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#95 - ווי אזוי בעט מען דעם מאן ער זאל זיך האלטן זויבער?
שלום בית, רעדן, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אפאר מאל געטראכט צי איך זאל שרייבן אדער נישט, אבער איך האב געהערט ביי א שיעור פאר פרויען ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זויבערקייט, האב איך געטראכט אז אפשר דארף מען רעדן אויך צו די מענער וועגן דעם.


ווען מיין מאן קומט אהיים פון די ארבעט, האט ער א שווערע גערוך און ער איז שמוציג פון די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק. אבער ווען איך האב אים געזאגט אז ס'שטערט מיר, רופט ער זיך אן הויך, "באשעפער העלף אז עס זאל נישט שטערן פאר מיין ווייב", קען זיין ער איז גערעכט אז איך דארף פשוט בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל מיר נישט שטערן.


איך וויל נישט באלעטעווען אויף אים, און איך שפיר אז איך בעט אים ער זאל זיך אפזויבערן און זיך צאמנעמען, וועט ער אפשר ווערן פארשעמט און באליידיגט, וואס זאל איך אבער טון אז עס שטערט מיר זייער? אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא א טעות ביי פרויען, זיי האבן מורא צו זיין אפן מיט'ן מאן; זיי ווילן נישט זאגן וואס שטערט זיי, זיי ווילן נישט וויי טון, און דאס איז גורם אז עס ווערט אפגעקילט די ליבשאפט חס ושלום.


אויב עפעס שטערט - דארף מען דאס רעדן; אז דער מאן איז א צעפלויגענער און דאס שטערט די ווייב - איז וויכטיג דאס צו זאגן, מען דארף נאר אכטונג געבן צו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און אז דאס איז זיין נאטור, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער - זאל אים די פרוי העלפן און אינאיינעם ארבעטן אויף דעם, דאס איז די ריכטיגע וועג; ווייל אויב מען רעדט נישט, מען ווערט צוביסלעך אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן - ווערט מען נאכדעם זייער נערוועז, און איך וויל נישט זאגן וואס פאסירט.


רעדט יא צו אייער מאן, זאגט אים וואס שטערט אייך; דערציילט אים מיט חכמה פון די נעכטיגע שיעור פאר פרויען, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט מען זאל זיין ריין און זויבער, זאגט אים אז אייך שטערט עס, זאגט אים דאס אויך, אז ווען איר זאגט אים: "איך בעט דיר זיי ריין, עס שטערט מיר די גערוך וכו'" רופסטו זיך אן הויך צום אייבערשטן 'אייבערשטער העלף עס זאל נישט שטערן מיין ווייב ווי אזוי איך שמעק'"; זאגט אים אז דאס באדערט אייך זייער, עס טוט אייך וויי.


אייער מאן איז א טייערער אינגערמאן; ער כאפט נישט, ער ווייסט נישט וכו', ער האט אן אנדערע נאטור, און אז איר וועט זיין מיט אים אפן, איר וועט אים פארשטיין און אים אויפבויען - וועט ווערן אייער קשר שטערקער און שטערקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - ווען מיין ווייב האט נישט קיין כח מיר צו ענטפערן, וואס טוט מען?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך אזוי געפריידט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל פארגאנענע וואך, איך האב באקומען אזויפיל מער חיזוק אנצוגיין, אזויפיל רואיגקייט און ישוב הדעת.


איך האב געוואלט פרעגן צוויי זאכן. איינס, וואס קען איך טון ווען מיין ווייב איז אזוי אפגעשוואכט אז זי האט אפילו נישט קיין כח מיר צו ענטפערן, איך קען רעדן צו איר און זי ענטפערט מיר נישט?


צווייטנס, איך האב זייער ליב צו הערן מוזיק, אבער מיין ווייב האט עס נישט אזוי ליב, וואס קען איך טון? איך האב נישט ליב ווען ס'איז אזוי שטיל אין הויז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, פרויען גייען אריבער זייער אסאך שווערע טעג; צער העיבור, צער הלידה און צער גידול וכו'. ווען דער מאן זעט אז די ווייב איז איבערגעשטרענגט - דארף ער איר העלפן, איר מחזק זיין. אמאל קען זיין אז די ווייב איז אזוי אפגעשוואכט אז זי האט אפילו נישט קיין כח צו ענטפערן, דאך דארף דער מאן מיט חכמה, מיט גוטע ווערטער, מיט ווארעמקייט - איר מחזק זיין, איר געבן כח.


ווער נישט דערשראקן ווען דו רעדסט צו דיין ווייב און זי איז אזוי אפגעשוואכט אז זי האט נישט כח צו ענטפערן; דו זיי ממשיך איר אויפצובויען, געב איר ווארעמקייט ביז זי וועט צוריקקומען צו אירע כוחות.


בנוגע מוזיק; אויב דיין ווייב וויל נישט אנצינדן הויכע מוזיק קענסטו אנצינדן פאר דיר שטילערהייט מוזיק, מאך נישט קיין קריג צוליב דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - מיין ווייב פייניגט מיך, וואס טו איך?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, אמונה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב פייניגט מיך, זי דערגייט מיר מיינע יארן, און זי מאכט מיר שפירן ווי איך בין נאך דער רודף; וואס טו איך? איך דארף אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געזינדיגט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר. איך גלייב באמונה שלימה אז דאס וואס גייט אריבער אויף מיר פון מיין ווייב - איז נאר ווייל איך האב געזינדיגט און איך דארף תשובה טון. דו האסט מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע קינדער, און ווען מען איז פוגם בדיבור, מען רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט מען צרות פון די ווייב, און ווען מען איז פוגם במעשה, מען זינדיגט מיט עבירות - ליידט מען יסורים פון מענטשן.


על כן באתי לפניך ה' אלוקי, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר. איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל נישט ווערן ברוגז אויף מיין ווייב, איך זאל איר נישט פיינט האבן, איך זאל איר ווייטער ליב האבן, איך זאל געדענקן אז דאס איז נישט זי, זי וויל זיין גוט צו מיר, זי וויל זיין איינס מיט מיר, איך דארף מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.) אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - דער וואס פירט זיך ווי אזוי מען דארף, עוֹזַרְתּוֹ - ווערט זי אן עזר, זי העלפט אים, זי איז מיט אים, זי ווערט איינס מיט אים, לֹא זָכָה - אז מען איז נישט זוכה, כְּנֶגְדּוֹ - ווערט זי א פיינט.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, נישטא גארנישט אויסער דו; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין פרנסה - אלעס ביסטו אליינס. בעט איך דיר, געב מיר שלום בית, געב מיר נחת פון מיינע קינדער, געב מיר פרנסה בשפע, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


א פרייליכן יום טוב פורים.

#91 - פארוואס נאר שרייען, פארוואס נישט רעדן שיין?
שלום בית, מדות טובות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די חיזוק און עצות.


מיין מאן ווייסט נישט בכלל אז מען קען רעדן צו מיר, ער קען נאר שרייען אויף מיר, און דער חידוש איז אז אין די זעלבע צייט וואס ער שרייט אויף מיר, און פונקט דעמאלט טרעפט ער זיינ'ס א גוטער חבר, רעדט ער צו יענעם זייער שיין, כאילו ס'איז גארנישט געווען פאר א סעקונדע צוריק, איך ווער זייער שטארק באליידיגט דערפון.


אויך ווייסט ער קיינמאל פון אזא זאך פון איבערבעטן, ער ווייסט נאר אז איך דארף שווייגן און נישט רעדן. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר אז מיינע כוחות לאזן זיך אויס מער און מער פון טאג צו טאג.


מיר זענען שוין געווען איבעראל, ביי די גרעסטע יועצים, קיינעם האט ער אבער נישט געהאלטן ביים פאלגן. איך האב טאקע אויך געהאט וואס צו פאררעכטן, און איך האב טאקע שטארק געארבעט אויף מיר זיך צו טוישן, ברוך ה' איך האב אים ליב אזוי ווי ער איז, אבער די זאך פון שרייען אויף מיר בין איך נישט מסוגל צו פארנעמען, איך דארף האבן איינעם וואס זאל רעדן צו אים שטרענג, איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב תחי' האט געשריבן אז זי האלט נישט אויס ווי אזוי דו רעדסט צו איר, דו רעדסט צו איר נישט שיין; זי הערט ווי דו רעדסט מיט חברים אזוי בא'טעמ'ט, אזוי זיס און צו איר רעדסטו נישט שיין.


דו ווייסט דאך, דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו', און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


בעט איך דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב, געב אכטונג אויף איר כבוד, רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א חשוב'ן מענטש. עס איז א גרויסע סכנה אויב מען טשעפעט די ווייב און זי וויינט, מען פארלירט אלעס, מען ווערט ארעם, מען ליידט נאכדעם אסאך אין לעבן. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל, און אויב זי וויינט באקומט מען נאכדעם א שטראף.


בעט איבער דיין ווייב; הויב אן לעבן ווי ערליכע אידן לעבן, רעד צו איר שיין און ווייך.

#90 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - מיט די הדרכות פון הייליגן רבי'ן, האב איך שמירת עינים
שלום בית, הלכה, הפצה, מעביר סדרה, שמירת עינים, חומרות, הדרכות, חומש רש"י

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך גיי שרייען שבת אין שול "חזק, חזק, ונתחזק", ברוך השם איך האב געענדיגט חומש ספר שמות שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. יישר כח פאר מיין שיינע זיסע לעבן, עס איז נישט דא גענוג ווערטער צו דאנקען די ראש ישיבה אויף די שיינע לעבן וואס איך האב מיט מיין ווייב, יעדעס מאל איך גיי אין גאס האב איך שמירת עינים, איך טראכט "באלד גיי איך אהיים צו מיין טייערע ווייב, נאר מיט איר וועל איך האב א גוט לעבן".


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן האבן די גוטע זאטע לעבן וואס איך האב, און אז איך זאל האבן א חלק אין עס אריינברענגען אין די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות. פאר די עצה צו קענען מעביר סדרה זיין, פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע התקרבות צום רבי'ן; מיר זאלן יעדן טאג עפענען דעם חומש און לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך האבן געענדיגט לערנען חומש רש"י, - פאר דעם אליינס איז שוין אלעס כדאי געווען.


ווער רעדט נאך פאר די הדרכה ווי אזוי צו לעבן אין שטוב; דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך פירן מיט די תורה און נישט צולייגן חומרות וכו'. בפרט ווען עס קומט צו דברים שבינו לבינה וכו' דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לעבן מיט חומרות, מען דארף וויסן אז ווען מען מעג וכו' - מען מעג אלעס, און ווען מען טאר נישט וכו' - טאר מען נישט.


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן, אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן די הלכות צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות; נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די טעג וכו' - זאל מען היטן אלע הלכות.


די אלע וואס לערנען מיט חתנים און מיט כלות פאלשע לימודים פון פרישות וכו' - זיי זענען שולדיג אין דעם וואס אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. דער דור איז איין שטיק הפקר, איין שטיק פריצות, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקלדיגסטע אויסגעלאסנסטע עבירות רחמנא לצלן, מען דארף רחמי שמים נישט דורך צו פאלן מיט עבירות רחמנא לצלן; וואלט דער חתן באקומען הדרכה צו לעבן אן ערליכע לעבן וואלט ער געווען זאט, ער וואלט נישט געזוכט קיין עבירות, נאר צוליב די פאלשע לימודים - פאלן מענטשן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.


גיי הפצה, פארשפרייט דעם רבינ'ס ספרים, די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, ארויסגענומען פון רבינ'ס ספרים אויף א גרינגע שפראך פאר'ן דור, זיי אפראטעווען זייער לעבן.


וואויל איז דער וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - וואס טו איך אז מיין ווייב קוקט דורך מיין טעלעפאן?
שלום בית, תפילה והתבודדות, טעלעפאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך אז מיין ווייב קוקט דורך מיין טעלעפאן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארף דיר דאס אנגיין? דיין ווייב מעג קוקן דיין טעלעפאן, אזוי איז ביי אלעמען; א פרוי וויל זען מיט וואס דער מאן איז באשעפטיגט, עס דארף דיר נישט שטערן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אביסל שפאצירן מיט'ן באשעפער, רעד צו אים, דערצייל אים אלעס; רעד צו אים אין דיין אייגענע שפראך, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה) אז אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע גרויסע מדריגות - נאר דורך די הייליגע עבודה פון רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, מיר זענען שוין חתונה געהאט פאר איבער 26 יאר, מיר האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אבער מיין מאן האלט מיך אין איין טשעפען אלע יארן, ער האלט אז איך בין משוגע און ער קלאפט מיר כסדר אראפ, איך פיל אז איך קען מער נישט אנגיין, איך וועל זיך מוזן גט'ן.


איך בין געווען ביי א טערעפיסט, יענער האלט אז מיין מאן איז א נארסעסיסט, א מענטש וואס זעט נאר זיך אליין און קען נישט פארשטיין און האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן. יעדעס מאל איך וויל זיך אביסל אויפהויבן דעם קאפ, צעקלאפט ער מיר זייער שטארק.


ער האט געלט און ער האט א גוטע מויל, און אזוי פארנארט ער מענטשן, ער רעדט איין יעדן איינעם אז איך בין גאר דער שלעכטער. מענטשן האבן מיר פרובירט צו העלפן, אבער יעדער האט מורא פון אים. איך האב געהאט אן אפעראציע אויף א געוואוקס אין מח ל"ע, ער דערציילט פאר יעדן אז זייט דעמאלט בין איך משוגע געווארן, ווען באמת האט זיך דעמאלט געעפנט אביסל מיינע אויגן צו פארשטיין ווי אזוי ער נוצט מיר אויס, ער מאכט מיר צו שאנד און צו שפאט.


ווען ער איז געווען געדרוקט אין געלט, האבן מיינע עלטערן אים געהאלפן און אים געבארגט שווערע טויזנטער דאלארן, ער האלט אבער נישט ביים צוריק צאלן, און ווען איך ברענג ארויף די נושא, ווערט ער ממש ווילד, אנשטאט זיי צו שעצן אויף וואס זיי האבן אים געהאלפן, רייסט ער זיי אראפ, ער רעדט אויף זיי, אז זיי זענען קמצנים און אזוי ווייטער. ער האט גענוג געלט, ער העלפט יעדן איינעם, נאר פאר מיינע עלטערן וויל ער נישט באצאלן.


עס איז מיר שווער אראפצושרייבן אלע צרות און פראבלעמען וואס איך בין דורך במשך די אלע יארן, עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען, ער האט מיר אלץ אויסגענוצט, און יעצט ווייס איך נישט ווי אזוי צו גיין ווייטער; איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, דאס לעבן איז אזוי ווי א שפיגעלע; אז איר וועט שמייכלען צום שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער שמייכלט צוריק; אז איר וועט אריינקוקן שטרענג אינעם שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער קוקט צו אייך שטרענג, - פונקט אזוי איז דאס לעבן; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים, איר וועט אים געבן כבוד - וועט ער אויך שמייכלען צו אייך, ער וועט זיין גוט צו אייך, און אז איר וועט טראכטן שלעכטס אויף אים, איר וועט מזלזל זיין אין אים, איר וועט אים טשעפען - וועט ער זיך אויפפירן צו אייך פינקט אזוי.


רעדט שיין צו אייער מאן, רעדט צו אים בדרך כבוד - וועט איר זען ווי עס וועט געשען אזוי ווי א נס, ער וועט פלוצלונג אנהויבן רעדן צו אייך שיין. לאזט אפ די אלטע מעשיות, רעדט נישט פון אלטע זאכן. וואס דארפט איר מאנען פון אייער מאן די געלט וואס אייערע עלטערן האבן אים פארבארגט? וואס דארפט איר אנצינדן א פייער? אז אייערע עלטערן דארפן צוריק דאס געלט - זאלן זיי אים בעטן, דאס האט נישט מיט אייך; איר זאלט שטיין ווייט פון זיין פארמישט צווישן אייער מאן און אייערע עלטערן.


איך קען נישט הערן די ווערטער וואס איר שרייבט: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען", די ווערטער זענען נישט קיין שיינע ווערטער; ווי קען א איד זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען"? אז מען ווערט פארקלעמט, מען פאלט אריין אין א צרה - בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און העלפן, מען טאר אבער נישט זיין א כפוי טובה צום אייבערשטן און זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען".


דער אייבערשטער געבט אונז נאר גוטס; אסאך מאל איז פארשטעלט דאס גוטס, עס זעט אויס ווי עס איז שלעכט, אבער חס ושלום זאגן: "עס איז מיר נאך קיינמאל נישט גוט געווען".


אז עס איז אייך שווער און ביטער - זאלט איר אויפזוכן עפעס קליינע ברעקעלעך פון גוטס; זוכט אויף אין אייער שווערע ביטערע לעבן עפעס א פינטעלע וואס עס איז אייך יא גוט, טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן דערויף - וועט איר פלוצלונג טרעפן נאך א פינטעלע גוטס, און נאך א ברעקעלע, ביז איר וועט שוין נישט זען קיין שלעכטס, עס וועט אייך ווערן אנדערש דאס לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון לעבן, מען זאל זוכן גוטס; א מענטש זאל קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שווערע טעג, צרות ויסורים, האט ער געזוכט אין דעם עפעס גוטס. דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - ווי אזוי וואלט איך געלעבט אן די עצות פון רבי'ן?
התחזקות, שלום בית, שבת טיש, חסידות ברסלב, שמחה, הפצה, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי הויז, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן,  אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אנעם רבי'ן, ווי אזוי מענטשן גייען אן אין זייער לעבן אן דעם רבינ'ס לימודים; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה אויף טריט אין שריט? ווי אזוי האלט מען זיך רואיג, מען ווערט נישט פארלוירן?


אפגערעדט אין שטוב - איז נישט מעגליך צו לעבן א זיסע לעבן, נאר אז מען האט די עצות פון צדיק, די חיזוק פון צדיק; מיט א צדיק איז דאך אזוי גוט, אזוי געשמאק; די גאנצע שטוב, די ווייב, די קינדער - אלעס איז אזוי גוט.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אליינס צוגעגרייט אלעס און געהאט א שיינע סעודה; וואויל איז דעם וואס קוקט מיט רחמנות אויף די ווייב, ער פארשטייט אז זי דארף זיך אביסל אפרוען פון א גאנצע וואך, ער זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר צו ראטעווען די מצב.


יעצט ווען דו זעסט זיך נאך אזא מעשה בלייבט איבער איין זאך: 'ווי אזוי קען מען אריינברענגען דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל אין אנדערע?' ווייל די מעשיות פאסירן דאך ביי אלעמען; אז נישט פינקט די מעשה - פאסירט ענליכע מעשיות, און ווי אזוי קוקט אויס א שטוב וואס האט נישט די הקדמות פון רבי'ן? ווי אזוי ענדיגט זיך די מעשה ביי זיי...? דארפן מיר וואס מער פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ליכטיג מאכן אנדערע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זאל גיין דאווענען?
התחזקות, שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


עס מיר זייער וויי אז מיין מאן גייט נישט דאווענען, איך הער כסדר ביי די שיעורים אז אלע שפע פרנסה און הצלחה קומט פון דאווענען שחרית מנחה מעריב, און איך זע טאקע ביי אונז ווי דאס געלט האלט זיך נישט, מיין מאן איז נישט מצליח. איך זאג אים גארנישט, איך בין מתפלל צום אייבערשטן ער זאל העלפן מיין מאן זאל זיך שטארקן, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון.


נאך מער טוט מיר דאס וויי אום שבת קודש, ווען ער גייט נישט דאווענען, איך שפיר אז מען שטופט די צייט אן קיין תכלית. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי א פרוי דארף אויפמערקזאמקייט, אזוי דארף א מאן אויפמערקזאמקייט וכו'; אייער מאן איז צעבראכן כחרס הנשבר אז ער האט נישט קיין פרנסה, דאס מאכט ער זאל פארלירן זיין מוט, דאס מאכט ער זאל ווערן מיואש ביז ער בלייבט שלאפן, ער דאווענט נישט.


איר קענט אים העלפן, א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן; בעט איך אייך, זייט קלוג, געבט אים נישט קיין קריטיק, געבט אים אסאך ווארעמקייט, געבט אים אסאך גוטע ווערטער. בויט אים אויף, מאכט אים פרייליך - וועט איר זען ווי ער וועט זיך אינגאנצן טוישן, ער וועט אנהייבן מאכן פרנסה און ער וועט אנהייבן גיין דאווענען. ווייל ווען דער מאן איז פרייליך, ער שפירט זיכער מיט זיין ווייב - באקומט ער א שטארקע מוט, אלעס טוישט זיך צום גוטן.


האלטס זיך איין, ווערט נישט בכעס; מאכט צו די אויגן, איר דארפט נישט זען די נישט גוטע זאכן, זוכט אין אייער מאן גוטע זאכן; אפילו עס איז אייך ביטער שווער. איר פון אייער זייט קוקט גוט אויף אים און רעדט שיין צו אים און זייט אים מוחל אויף אלעס וואס איז געווען. געדענקט, די ווייב איז דאך א חלק פונעם מאן, די תורה זאגט (בראשית ב, כג): "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת".


וואויל איז די פרוי וואס האט אייזערנע געדולד צו איר מאן, וואויל איז די פרוי וואס איז מוחל איר מאן; מיט דעם מאכט זי רוען די שכינה הקדושה אין איר שטוב, דאס ברענגט הצלחה אין שטוב, דורכדעם וועט דער מאן פון זיך אליינס לויפן אין שול דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - וואס טוט מען ווען די ווייב ווערט זייער אויפגערעגט און הייבט הענט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' א גוטע שלום בית, מיר ביידע ארבעטן אוועק צו געבן איינער פאר'ן צווייטן, אבער איך בין דאך נאר א מענטש, איך בין נאכנישט דער בעסטער מאן, און איך פארשטיי אז זי קען ווערן ברוגז, אבער צומאל גייט עס שוין צו ווייט, עס גייט מיט הענט.


צום ביישפיל, זי איז ברוגז אז איך רעד צו איינעם אויפ'ן טעלעפאן, ווען זי וויל איך זאל אראפלייגן, כאפ איך א טוץ פון קולות און זי גיבט מיר א בייס אריין אין מיין הענט. יעדע שטיק צייט ווען זי רעגט זיך אויף, שלאגט זי מיר פיזיש. ברוך ה' אז איך האב כאטש שכל נישט צוריק צו טון, נאר זיך ארויסדרייען און גיין צו א צווייטע צימער פאר אפאר מינוט ביז זי בארואיגט זיך, איך טשעפע איר נישט, בסך הכל איז זי ברוגז אויף זאכן וואס איך טו, למשל איך קום אהיים שפעט, אדער איך בין ארויסגעגאנגען ווען זי האט נישט געוואלט, און אזוי ווייטער. זי שפארט צו די טיר איך זאל נישט קענען אריינקומען, דאס איז א האלבע צרה, אבער ווען איך דריי זיך ארום מיט א צייכן אויפ'ן פנים, אדער געבט זי א צעברעך מיינע ברילן, דאס טוט מיר זייער וויי.


פון אזויפיל דרשות וואס דער ראש ישיבה געבט פארשטיי איך אז פרויען בלאזן און שרייען וכו', אבער שלאגן?! און גראדשענען?! אלעס איז בארעכטיגט?!


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר העלפן ווייל איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעדן אויפ'ן טעלעפאן און אהיים קומען שפעט טוט זייער וויי פאר א ווייב. עס זעט אפשר אויס ווי א קלייניקייט, אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ אינעם בריוו: 'וואס טו איך שוין אזוי שלעכט אויב איך קום אהיים שפעט, און איך רעד און שפיל זיך אויפן טעלעפאן, פארדעם זאל זי ווערן אזוי ברוגז?! זי פארלירט זיך און זי בייסט מיר, זי שלאגט מיר'.


וויל איך דיר זאגן אז דו ביסט נישט גערעכט, דו דארפסט מער אכטונג געבן אויף איר און זיין גרייט פאר איר; אזוי אויך אין די צייט ווען דו ביסט אין שטוב זאלסטו נישט זיין פארנומען מיט זייטיגע זאכן.


קיינער זאגט נישט אז א פרוי מעג זיך אזוי אויפפירן, קיינער געבט נישט גערעכט צו טון אזעלכע זאכן, אפילו בלאזן און שרייען איז נישט די וועג, און זיכער נישט ניצן הענט השם ישמרינו; אבער וויסן זאלסטו, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלָּה", פרויען האבן נישט קיין שטארקע כח, א פרוי ווערט שנעל פארלוירן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל פרויען וויינען זייער שנעל.


נישט אומזיסט האט דער רבי אונז זייער אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", מכבד צו זיין די ווייב; דער רבי האט געזאגט (שם): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן זייער אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", מען זאל מכבד זיין די ווייב, דאס ברענגט מען זאל רייך ווערן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות סג.): "דַיֵּנוּ שֶׁמְּגַדְּלוֹת אֶת בָּנֵינוּ", פאר דעם אליינס אז זיי ציען אויף די קינדער, זיי זאלן גיין אין חדר לערנען תורה - פאר דעם אליינס דארף מען זיי מכבד זיין.


איך בעט דיר זייער, פון היינט און ווייטער זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין ווייב מער פון אלעם. קום אהיים צייטליך, און ווען דו קומסט אהיים - זאלסטו אוועק לייגן אלע דיינע שפילערייען; דיין טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכדומה; געב איר די גאנצע עטענשאן - וועט זי דיך נישט בייסן, נישט גראדזשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#82 - דארפן מיר מורא האבן פון קללות?
שלום בית, כיבוד אב ואם, קללות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן אסאך צו טון מיט מיינע עלטערן, אזוי ווי איך האב שוין גערעדט פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיין טאטע שעלט מיר זייער אסאך מיט ביטערע קללות וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן איד.


מיר ווייסן אז מיר האבן גארנישט שלעכטס געטון, עס קומט זיך אונז נישט די אלע קללות, אבער נאכאלץ האבן מיר מורא דערפון, אז די אלע קללות וועט זאלן נישט שאטן אין לעבן.


וואס קען מען טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון די אלע קללות; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ב): "כַּצִּפּוֹר לָנוּד, כַּדְּרוֹר לָעוּף", אזוי ווי א פייגל פליט ארום זוכן עסן און ביים סוף קומט זי צוריק צו איר נעסט, "כֵּן קִלְלַת חִנָּם, לוֹ תָבֹא", אזוי אויך דער וואס שעלט - וועט די קללה צוריקקומען אויף אים אליינס; האב נישט מורא פון קיינעם אין די וועלט, דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם; לערן, דאווען און זיי מכבד דיין ווייב.


בנוגע כיבוד אב ואם; אוודאי דארף מען טון אלעס אויף די וועלט צו זיין בשלום מיט טאטע מאמע, אבער אין דיין פאל איז אנדערש, דיין כיבוד אב וועט זיין אז דו וועסט לעבן בשלום מיט דיין ווייב און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#81 - איך האב שוין נישט קיין כח צו מיין ווייב, וואס קען איך טון?
שלום בית, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


איך גיי דורך יסורי נפש. מיין ווייב איז אויף שטארקע מעדעצינען פאר גייסטישע קרענק, זי איז שוין געווען אפאר מאל אין שפיטאל צוליב גייסטישע פראבלעמען, יעצט ברוך ה' איז איר מצב מער סטאביל אבער נאכאלץ נישט גרינג.


איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט געלט, יעדע וואך דארף איך ארויסקוועטשן געלט פון מענטשן.


די לעצטע צוויי יאר לערן איך ספרי ברסלב און ס'איז שטארק מחזק אבער איך פיל נישט אז עס טרייבט אוועק דעם יצר הרע לחלוטין.


איך האב שוין גערעדט מיט ערליכע אידן וועגן מיין ווייב, אלע האבן מיר געענפערט מער ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן "אלץ בעסער ווי צו זיין אליין".


איך האב אזוי לאנג געדארפט ווארטן א חתן צו ווערן, איך האב געדאוונט אסאך פאר מיין ריכטיגער זיווג. איך פיל ממש אז תפילה עושה מחצה, איך האב נאר באקומען האלב. ווען מ'קויפט א פאר שיך דארף ביידע שיך זיין די זעלבע מאס, א רעכטע מיט א לינקע און ביידע שיך פון די זעלבע פירמע. אויב עס פעלט איינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן איז עס נישט קיין פאר שיך, ס'איז צוויי שיך אבער נישט קיין פאר. ווען איינער האט בכלל נישט קיין שיך און מ'געבט אים שיך מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע חסרונות, איז עס טאקע בעסער ווי צו גיין בארוועס, אבער ווען מ'גייט מיט אזעלכע סארט שיך שטעכט עס נאכאלץ.


איך שפיר אז פון הימל האט מען מיר געגעבן סתם א ווייב, נישט א זיווג. זי קאכט נישט און זי קען אפילו נישט נייען, זי איז אן איבערגעגעבענע מאמע פאר די קינדער, איך דארף איר נעמען איבעראל צו אפוינטמענטס און די קינדער אויך, און איך קען זיך נישט ערלויבן בקביעות א קאר סערוויס, און ווען איך ווער נערוועז פון די עול, בא'שגצ'ט זי מיר, ווען איך פרוביר זיך מחזק זיין דורך הערן א שיעור וכדומה קומט אייביג א פרישע בלבול צו פון איר; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי האבן דיר זייער גוט געזאגט, ווי שווער עס איז דיר מיט דיין ווייב - וועט דיר זיין אסאך שווערער אן איר.


די אלע שיינע משלים, צוויי שיך, רעכטע מיט לינקע - איז אלעס פיין און וואויל ביז מען דערזעט זיך אליין, זיין אליין איז זייער ביטער. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט פאר'ן מענטש צו זיין אליין, "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (יבמות סג.): עס ווענדט זיך אינעם מענטש, 'זָכָה', איז מען ערליך, מען איז אפגעהיטן, מען לערנט, מען דאווענט, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט 'עוֹזַרְתּוֹ' - איז די ווייב אן עזר, זי העלפט דעם מאן, 'לֹא זָכָה', אויב איז מען נישט זוכה, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לעבט נישט מיט אמונה, דעמאלט 'כְּנֶגְדּוֹ' - איז זי אים א מתנגד, וואס ער וויל - זאגט זי פארקערט.


אז דו ווילסט זיך ווייניגער מוטשען מיט פרנסה זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב; רעד שיין צו איר, קוק שיין אויף איר, זוך אין איר גוטס - וועסטו ווערן א גרויסער עושר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", ווער עס איז מכבד די ווייב ווערט רייך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע רייכטום איז בזכות די פרוי; ווי אזוי מען פירט זיך צו איר - אזויפיל געלט געבט דער אייבערשטער.


פארוואס זאלסטו קרעכצן אז דו דארפסט איר נעמען און טראגן צו אירע פלעצער? וואס איז אזוי געפערליך צו נעמען די ווייב מיט די קאר?! דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב וואס היט דיר פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער עס איר אהיים ברענגען, "אָמַר לֵיהּ רַב: וְהָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! "אָמַר לֵיהּ" האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן; שמועס מיט אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, רעד צו אים אויף דיין שפראך, זאג אים ווי שטארק דו מוטשעסט זיך. אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) ווען אן ארעמאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.


א ליכטיגן חנוכה.

#80 - ווילסט א ווייב אדער ווילסטו טשאלנט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיים טובים, אז מען קען לעבן א שיינע לעבן, אפילו ווען מען דארף זיך איינבייגן דעם קאפ.


איך וויל דערציילן פאר דער ראש ישיבה, ביז מיין חתונה איז יעדע שבת געווען טשאלענט, איך האב נישט געקענט טראכטן עס איז דא אזא זאך א שבת אן טשאלענט. אבער נאך מיין חתונה, נאכדעם וואס מיין ווייב איז געווארן איבערגעשטרענגט מיט די קינדער, און איך האב אויך געארבעט שווער, און איך האב נישט געהאט א ראש ישיבה וואס זאל מיר לערנען ווי אזוי איר צו מאכען גוט שפירן, איז מיין ווייב געווארן זייער שוואך און די גאנצע שטוב איז געווארן אויס, און יעדע שבת וואס מיין ווייב האט נישט געמאכט קיין טשאלענט בין איך געווארן אויס מענטש.


ביז איך האב געטראפן דעם ראש ישיבה אין אומאן דריי יאר צוריק, איך האב דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אלעס וואס גייט אריבער אין שטוב, איך האב געזאגט פאר די ראש ישיבה אז מיין ווייב מאכט אפילו נישט קיין טשאלנט, האט מיר די ראש ישיבה געפרעגט: "דו דארפסט א ווייב אדער דו דארפסט טשאלנט?", די פאר ווערטער האט מיר אסאך געטוישט, נישט נאר ביי טשאלנט נאר ביי אלעס.


פאריגע וואך שבת ביינאכט האב איך יא געהאט חלה, חריין, פיש און זופ, און שבת צופרי האב איך געהאט חלה און פיש און טשאלנט, אסאך וואכן האב איך נאר חלה און דיפס, לעצטנס האט מען אויך פיש יעדע שבת. בזכות דעם ראש ישיבה קוק איך נישט אויף וואס מען האט נישט, נאר איך בין זייער זייער זייער פרייליך מיט וואס עס איז יא דא.


היינט האב איך זיך אויך מחזק געווען מיט דעם וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט, עס איז טאקע אסאך מאל זייער שווער מיט די ווייב אבער עס איז אסאך שווערער אן איר.


א גרויסן יישר כח אז איך אטעם נאך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו קוקסט אויפ'ן לעבן מיט א גוטע בליק, דו לייגסט דאס לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צו רבי נתן זאגן אז ער וויל זיך גט'ן, ער קען מער נישט אויסהאלטן, ער זאגט אים: "איך ארבעט אזוי שווער א גאנצן טאג, איך ערווארט אז מיין ווייב זאל מיך אפווארטן מיט א גוטע מאלצייט, מיט א מסודר'דיגע שטוב, איך וויל זיך אביסל אפרוען; אבער ווען איך קום אהיים איז די שטוב איבערגעדריידט, די מיסט ליגט אינמיטן שטוב, נישטא קיין עסן, ועל כולם שרייט זי אויף מיר, זי לאזט נישט אטעמען", ער זאגט פאר רבי נתן: "גענוג איז גענוג, איך גיי זיך גט'ן פון איר, איך וויל מער נישט ליידן!" זאגט אים רבי נתן: "איך זאג דיר אנדערש, איך זאג דיר 'גט'ן איז נישט די עצה', עס וועט דיר זיין נאך אסאך ערגער אן א ווייב, איך האב פאר דיר א בעסערע עצה", רבי נתן רעדט צו אים ווייכע ווערטער, ער זאגט אים: "ווער זאגט דיר זאלסט אויסטראכטן אז דיין ווייב ווארט דיר אפ מיט ווארעמע עסן און א צאמגענומענע שטוב וכו' וכו', און ווען דו קומסט אהיים און עס איז נישטא קיין עסן און די שטוב איז נישט צאמגענומען - ווערסטו אנטוישט, דו ווערסט ברוגז; ענדערש זאלסטו זיך אויסטראכטן אז עס איז גארנישט דא אין שטוב, עס איז א חורבן אין שטוב, און ווען דו וועסט אהיים קומען און דו וועסט זען אז עס איז נישט אזוי ווי דו האסט זיך אויסגעמאלן - וועסטו ווערן פרייליך"; און אזוי האט רבי נתן אפגעהאלטן דעם איד פון צעברעכן זיין משפחה.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף די געזונט פון דיין ווייב. אז מען איז מזלזל אין א ווייב קען זי פארלירן איר מח, די נערווען קענען זיך צערייסן השם ישמרינו; מען מיז אכטונג געבן אויף איר, בפרט ברסלב'ער חסידים וואס ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך - דארפן מער אכטונג געבן. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


מאך פרייליך דיין ווייב, עס איז די מצוה פונעם מאן פרייליך צו מאכן אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אִשָׁה בַּעְלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן אין שטוב; זאלסט איר האלטן טייער, זאלסט רעדן צו איר שיין.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בִּכְבוֹד אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, "שֶׁאֵין בְּרָכָה מְצוּיָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם אֶלָּא בִּשְׁבִיל אִשְׁתּוֹ", ווייל די ברכה אין שטוב איז אין איר זכות, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יב, טז): "וּלְאַבְרָם הֵיטִיב בַּעֲבוּרָהּ", "וְהַיְנוּ דְאָמַר לְהוּ רָבָא לִבְנֵי מְחוֹזָא", אזוי ווי דער הייליגער אמורא רבא פלעגט זאגן פאר די מענטשן פון די שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְיכוּ", זייט מכבד ענקערע ווייבער, "כִּי הֵיכִי דְתִתְעַתְּרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", די עשירות קומט בזכות די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - זאלן מיר פארקויפן די צירונגען, ווען מיר האבן נישט קיין פרנסה?
שלום בית, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מוטשען זיך יעצט זייער שטארק מיט פרנסה, האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי איך זאל פארקויפן מיינע עכטע צירונגען און נוצן דאס געלט פאר אונז? אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען העלפן מיין מאן מיט פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארקויפט נישט אייערע צירונג; זייטס ענק ביידע מחזק מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק - וועט דער אייבערשטער ענק געבן שפע, עס וועט ענק נתרחב ווערן די פרנסה.


מוהרא"ש זאגט: "שמחה ברענגט פרנסה", אז מען פריידט זיך און מען מאכט פרייליך אנדערע - דאס ברענגט פרנסה; אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר אים פרייליך מאכן, אים אויפבויען; געבט אים גוטע ווערטער, זייט אים מחזק - דאס וועט אים געבן מוט, עס וועט אים פרייליך מאכן און איינמאל מען איז פרייליך - קומט גרויס שפע.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן ביי די ליכט אין אייער שפראך, האלטס די הענט אויף די אויגן און וויינט צום אייבערשטן, זאגט אים אלעס וואס טוט אייך וויי. אזוי אויך ווען איר טוט אנדערע מצות, איר שיידט אפ חלה, אדער ווען איר גייט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך מיט אייערע ווערטער ארויס פון הארץ אויף אלעס וואס דרוקט אייך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז שלעכט צו מיר און זי טשעפעט מיך?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל מצליח זיין ארויסצוברענגען מיינע געפילן אינעם בריוו, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן די ריכטיגע עצה און הדרכה.


ס'מאכט זיך ביי אונז געוויסע צייטן, און יעצט איז אויך אזוי, וואס איך שפיר אז מיין ווייב פירט זיך נישט אויף שיין צו מיר, זי איז מזלזל אין מיר, און איך שפיר אז איך בין שוין צופיל מוותר, איך האלט זיך צופיל איין און איך שווייג, אזוי ווי איך בין בכלל נישט געטשעפעט געווארן. און אפילו ווען איך זאג איר שוין יא אז ס'טוט מיר וויי וואס זי זאגט אדער ווי אזוי זי פירט זיך אויף, גייט עס איר בכלל נישט אן. און דאס קען פאסירן אויך ווען מיר פארברענגען אינאיינעם קען זי מיר זייער שטארק טשעפען און דאס טוט מיר זייער וויי.


זי איז א גאנצן טאג אינדערהיים, איך ארבעט אין לויף פונעם טאג. איך האב א כשר'ע געפילטערטע סמארטפאון, און זי האט נאר וואטסעפפ. יעצט האט זי מיר געבעטן אז זי וויל אויך האבן כשר'ע אינטערנעט, דער עיקר צו קענען אוועקלייגן די בילדער פון די קינדער, זי זאגט אז זי וועט עס נישט נוצן ווען די קינדרע זעען. איך האב איר געזאגט אז איך וועל טראכטן וועגן דעם, און נאך צוויי טעג האב איך איר געזאגכט אז איך וויל נישט, און דאס האט איר געמאכט אין א שלעכטע גיסטע, און זי האט זיך ווידער אנגעהויבן פירן ווי אויבנדערמאנט.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען זיך אן עצה געבן, ס'איז מיר זייער שווער, איך גיי שלאפן יעדע נאכט מיט הארץ ווייטאג, יעדע שטיק צייט חזר'ט זיך ווידער איבער איר שלעכטע גיסטע, וואס זי הויבט זיך אן פירן שלעכט צו מיר.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, דאס געבט מיר כח צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט שאפן אין שטוב אויף די ווייב, דאס איז נישט די וועג ווי אזוי מען קען מצליח זיין מיט א ווייב; אז דיין ווייב וויל זיך קויפן א טעלעפאן און דו לאזט איר נישט - וועט זי דאס אליינס קויפן, א ווייב איז נישט א קליין קינד וואס מען קען איר אנטיילן וואס צו טון.


אויב מען וויל עפעס פועל'ן קען מען נוצן די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, דעם כח הדיבור - מען קען שיין רעדן, און אז מען פועל'ט נישט אויפ'ן מינוט - פועל'ט מען שפעטער. דאס איז זיכער, אז מען רעדט שיין, מען רעדט ווייך, מען ווייזט איר אז מען פארשטייט איר - דעמאלט קען מען זיך דורך קומען.


איך בעט דיר זייער זאלסט איבערבעטן דיין ווייב, זאלסט איר נאר געבן גוטע ווערטער; ווער נישט אויסער זיך ווען זי שענדט דיר, זי רעדט צו דיר מיט זלזול, דאס איז זי רעדט מיט זלזול איז א סימן אז עפעס שטערט איר; רעד מיט איר, פרעג איר וואס שטערט איר, בעט איר איבער אפילו זי איז נישט גערעכט, וועט זי מיט די צייט רעדן שיין צו דיר.


ועל כולם בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום אין שטוב, ווייל דארט וואו עס איז דא שלום - דארט רוט די שכינה הקדושה, און אז מען האט זיך נישט ליב, מען האט זיך פיינט - "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן (ספר המידות אות מריבה, סימן סו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - וואס טו איך אז די צניעות ביי מיין שוויגער'ס הויז איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, צניעות, שווער און שוויגער, משפחה, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיינע שוועגערינס און אויך מיין שוויגער גייען נישט אנגעטון אזוי צניעות'דיג, מיט צוגעפאסטע קורצע קליידער און נישט צו דיקע שטרימפ, און דאס גלייכן; און כמעט אלעמאל וואס איך קום צו זייער הויז ווער איך נכשל אין זען פיס פון פרויען ווען זיי זיצן אויפגעדעקט די קלייד העכער די קני, אדער ווי איינע פון די מיידלעך ליגט אויסגעלייגט אויף די סאפע מיט דער קלייד אויפגעהויבן.


אויך קענען זיי זינגען ווען איך בין דארט, זיי קענען מיטזינגען די זמירות, און אויב וועל איך זיי דערמאנען אז ס'איז דא פרעמדע מענער, וועט עס העלפן קוים פאר צוויי מינוט, און פארשטייט זיך אז פאר מיין שוויגער קען איך בכלל גארנישט זאגן.


דאס אז מיין ווייב טוט זיך אן מער צניעות'דיג פון אלע אירע שוועסטערס איז ממש א מסירות נפש פון איר, זי וויל זיך צושטעלן צו צניעות, אבער עס איז אויך זייער שווער ווען אלע גייען אנגעטון אזוי און זי איז אנדערש, און אויך די נייע מאדע פון יעדע סעזאן רעכנט זיך בכלל נישט מיט די כללים פון צניעות, און זי וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג; דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט חס ושלום נישט זאגן דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיצן אין דער זייט איידל, נעם א ספר, באשעפטיג זיך מיט גוטע זאכן - וועסטו נישט ווערן געשטערט פון גארנישט, עס וועט זייער וויי טון דיין ווייב אז דו וועסט זיך קריגן מיט איר משפחה. זוך נישט איבערצומאכן די וועלט, מאך זיך אליינס איבער.


דו זאלסט דאנקען דיין ווייב אז זי איז איידל און אז זי פירט זיך מיט יראת שמים, דאס וועט איר געבן כח צו זיין שטארק און נישט פאלן פאר אירע געשוויסטער. די חיזוק זאל זיין מיט שכל, נישט אויף א וועג פון אונטעררייסן אירע געשוויסטער און איר מאמע; זאלסט איר חס ושלום נישט וויי טון. עס איז נישט קיין חיזוק ווען מען זאגט פאר די ווייב: "איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט נישט ווי דיין מאמע און שוועסטערס", דאס ציפט אין הארץ; דו זאלסט איר נאר זאגן ווי פרייליך דו ביסט אז זי איז איידל.


נאכאמאל, לאז אפ דעם וועג; זוך נישט צו פאררעכטן יענעם, פאררעכט זיך אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - וואס טוט מען ווען דאס קינד קריגט זיך מיט די מאמע?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף הילף, איך און מיין ווייב ארבעטן שטארק מחנך צו זיין די קינדער אויף אן ערליכע וועג, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


מיין ווייב בעט מיר אז איך זאל זיך נישט אריינמישן ווען זי האט א פראבלעם מיט איינע פון די קינדער, עס געבט איר די געפיל ווי א קינד, אז זי דארף הילף; און איך טו טאקע אזוי, אפילו ווען איך שפיר צומאל אז עס ווערט שוין ווי א קריגעריי, האלט איך זיך איין מיט אייזערנע כוחות צו בלייבן שטיל.


דעם שבת האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, נאכדעם וואס מיין ווייב און מיין בחור האבען זיך געקריגט פאר איבער צען מינוט, און איך האב אים דערלאנגט. אמאל וואלט ער געכאפט צום געדענקען און איך וואלט נאך געהאלטן אז איך בין גערעכט, אבער היינט אז איך בין שוין אין היכל הקודש, בין איך ממש אויס מענטש איבער דעם וואס איך האב געטון.


איך בעט בכל לשון של בקשה דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן און געבן א תשובה, איך קען נישט צו זיך קומען, ביטע האט רחמנות אויף מיר און העלפט מיר ארויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין זון רעדט מיט חוצפה צו דיין ווייב - זאלסטו אים גלייך אפשטעלן און מחנך זיין, און אז דיין ווייב זאגט דיר אז זי קען זיך אליינס אן עצה געבן זאלסטו איר מסביר זיין (נישט דעמאלט; אדער פריער אדער שפעטער): "איך דארף אים מחנך זיין, איך דארף אים לערנען דרך ארץ", נישט אז זי איז א קינד ווען זי קען זיך נישט אן עצה געבן אליינס, אפילו עס וואלט געווען א פרעמדע קינד וואס רעדט צו זיינע עלטערן מיט חוצפה - דארף מען אים אפשטעלן און אים לערנען דרך ארץ.


דא איז די פלאץ אויפצוקלערן עלטערן זיי זאלן ארבעטן מיט די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג; קינדער ביי די צוויי יאר דארפן שוין וויסן זיך צו פירן מיט דרך ארץ, מען קען נישט זאגן פאר א טאטע מאמע "ניין!" ווען א טאטע זאגט יא איז יא און ווען מען זאגט ניין איז ניין.


חינוך איז א שווערע ארבעט, עס נוצט אויס די גאנצע כח; דאך לוינט זיך דאס. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועט ער דיר ברענגען נחת, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיר פרייליך מאכן מיט זיינע גוטע מעשים; וועסט נישט דארפן שרייען אויף אים, וועסט זיך נישט דארפן אויפרעגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.