שאלה אין קורצן ענין
#25 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.

#24 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - איך פארשטיי זיך נישט מיט מיין מאן, ווי אזוי קען מען מאכן שלום אין שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט מיט מיין מאן פאר 6 יאר, מיר האבן ב"ה א קינד, בערך 2 יאר אלט, אויך וועמען מיר האבן געווארט אסאך יארן. איך האב ב"ה געלעבט מיט מיין מאן זייער גוט אין די לעצטערע יארן, ביז ווען לעצטנס האט זיך עס געטוישט, ס'האט זיך אנגעהויבן אסאך קריגערייען צווישן אונז. דאס איז סתם אזוי א גרויסער פראבלעם, און נאך מער אז דאס קינד דארף זיך צוקוקן צו דעם.


מיין פראבלעם איז אז מיר פארשטייען זיך נישט, מיין מאן הערט מיר נישט אויס געהעריג, איך קען צומאל רעדן צו אים און ער הערט אפילו נישט וואס איך זאג, ער טענה'ט אז איך מאך אים קאפ ווייטאג ווען איך רעד צו אים.


למעשה ברעכט אויס זייער אסאך מאל שרייערייען און קריגערייען ביי אונז אין שטוב, אסאך מאל איז עס ממש פאר נארישקייטן, און אסאך מאל ווייל ער הערט זיך נישט צו צו מיר, וואס קען איך טון צו מאכן צוריק שלום ביי אונז אין שטוב, אז מיין מאן זאל מיר אויסהערן און מיר זאלן זיך פארשטיין. ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל נישט שרייען ווען ער הערט מיר נישט אויס, נאר איך זאל אים קלאר מסביר זיין וואס ס'שטערט מיר און וואס ער טוט נישט גוט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס ער טוט נישט ריכטיג.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל, און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק, און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגעלע', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל', זעט מען א זויערע פנים.


די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס; ער האט נישט ליב ווען מען שרייט אויף אים און ווען מען זאגט אים אריין. דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן מיט א ווייכע קול, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהייבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה, וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי ווען מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייך און מען קען ביי אים אלעס פועל'ן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט, בעטס פונעם אייבערשטן אז איר מיט אייער מאן זאלן זיך פארשטיין; בלייבט שטיין ביי די שבת ליכט, נעמט נישט אראפ אייערע הענט פון פנים און בעט:


"רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן א שיינע לעבן מיט מיין מאן, העלף אז מיר זאלן זיך פארשטיין אין זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך זאל קיינמאל נישט שרייען אויף אים און איך זאל אים נישט וויי טון. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיין מאן זאל מיך אויסהערן ווען איך רעדט צו אים, מיין מאן זאל מיר ווייזן אז ער האט מיר ליב, ער זאל ווייזן אינטערעסע אין מיר און ער זאל מיר קיינמאל נישט טשעפען.


הייליגער באשעפער! איך בענק מיך צוריק צו מיינע יארן נאך די חתונה ווען מיר האבן געלעבט אזוי גליקליך, איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט לעצטנס, מיר האלטן זיך אין איין קריגן, העלף מיר טאטע זיסער עס זאל זיין שלום צווישן אונז".


איך האב אייך געשריבן בלויז אפאר ווערטער וואס צו בעטן, אבער דער עיקר זאלט איר אליינס בעטן וואס ליגט אייך אנגעלייגט אויפן הארץ, וועט איר זוכה זיין צו לעבן אזוי ווי נאך ענקער חתונה - און נאך בעסער.


איך זאג אייך נאכאמאל: אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט די מצב נאר ערגער ווערן, אבער אז איר וועט רעדן שיין צו אים וועט ער ליב האבן צו שמועסן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.

#22 - מיין מאן איז ממש פארקויפט פאר זיין פרנסה, וואס טו איך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א פארווייטאגטע פרוי, וואס האפט אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.


איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך מיט א וואוילער מאן, ער איז א גוטע מענטש מיט גוטע מדות, ער איז קובע עתים לתורה צוויי מאל א טאג, און נאך פילע מעלות, ער האט אבער א שטארקע חסרון אז ער איז זייער שטארק פארקויפט פאר זיין ארבעט און פרנסה, און דאס טוט מיר זייער וויי, איך שפיר אז ס'איז דא נאך א שותף אין אונזער צוזאמענלעבן, די פרנסה איז אויך דא א גרויסע חלק, און נאך א גרעסערע חלק ווי מיר.


מיין מאן פארשטייט נישט פארוואס דאס שטערט מיר אזוי שטארק, אבער איך קען דאס ממש נישט אויסהאלטן. עס דרוקט זיך אויס אין אסאך וועגן, און איך וועל נאר אנכאפן עטליכע משלים, ער מוז האבן זיין טעלעפאן מיט זיך ממש אלעמאל ווייל אפשר וועט אריינקומען א וויכטיגע אימעיל וועגן זיין ארבעט, ווען מיר גייען שפאצירן אדער אפילו ווען מיר פארן אויף וואקאציע וועט ער אייביג מיטנעמען זיין ארבעט מיט זיך, און אויב דארף ער עפעס טון פאר די ארבעט, וועט ער מיר לאזן הענגען און זיך ענדערש אפגעבן מיט די ארבעט.


איך שפיר אז איך קען מער נישט אנגיין אזוי, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ווייזן דעם וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין מיין שווערע מצב.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן מיט גוטע מידות; איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גליקליך איר זענט אז אייער מאן איז קובע עיתים לתורה, אין צוגאב צו זיינע פיל מעלות – אזוי ווי איר שרייבט. דעריבער זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן.


דאס וואס עס באדערט אייך אז ער איז צוגעבינדן צו זיין ארבעט דורך זיין טעלעפאן וכו', עס שטערט אייך אז ער לויפט צו דעם א גאנצן צייט אפילו ווען ער איז אין שטוב; די ערשטע זאך דארפט איר זיין זייער אפען מיט אייער מאן, זאגט אים אז עס באדערט אייך זייער שטארק אז שוין נאך די ארבעטס שעה'ן, אין די צייט וואס ער איז אין שטוב מיט אייך און מיט די קינדער, איז ער נאך אלץ פארנומען מיט זיין ארבעט; בעטס אים אז אין שטוב זאל ער נישט אריין ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן, אזוי וועט זיין קאפ נישט אוועקלויפן פון אייך און פון די קינדער.


איר פארשטייט אליינס אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביי א מאן וכו' דארף מען וויסן ווי אזוי צו רעדן, ווייל קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק, בפרט א מאן גלייכט נישט צו הערן פון זיין ווייב קריטיק און ווען א פרוי קריטיקירט איר מאן איז עס אים זייער שווער צו נעמען. דעריבער, אז איר ווילט זיך עפענען פאר אים און איר ווילט אים געבן צו פארשטיין וואס באדערט אייך, דארפט איר זען צו רעדן צו אים מיט חכמה. רעדט צו אים שיינע ווערטער; זאגט אים ווי צופרידן איר זענט פון אים, זאגט אים ווי פרייליך איר זענט מיט אים, רעכענט אים אויס אלע זיינע מעלות, נאכדעם קענט איר אים זאגן שיינערהייט וואס באדערט אייך, איר קענט אים בעטן: "הלואי ווען דו וואלסט נישט אריין געברענגט אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן", אויב וועט איר אזוי טון, וועלן די ווערטער זיכער אריין גיין אין זיין הארץ.


איר דארפט אבער פארשטיין אז דאס גייט נישט מיט איין מאל רעדן, ווייל ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו א זאך וכו' דארף מען אסאך שמועסן מיט אים ביז מען וועט קענען צוברענגען ער זאל דאס קענען אפלאזן, עס פארלאנגט זיך א סאך שיינע רייד ביז דאס וועט אים אריינגיין אין הארצן, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט טון (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ער פלעגט אסאך רעדן מיט מענטשן זיינע רייד, ביז זיינע רייד זענען יענעם אריין אין הארץ; ווייל א דיבור האט זייער א גרויסער כח, און אויב מען רעדט שיינע ווערטער פועל'ט דאס.


איר זאלט חס ושלום נישט צוהערן צו די אלע וואס העצן אויף פרויען אנטקעגן זייערע מענער און געבן עצות וואס קומען פון די גוים, אז מען זאל זיך אפהאלטן וכו' ביז מען פועל'ט וואס מען וויל פועל'ן. וויסן זאלט איר, אויב א פרוי שיידט זיך אפ פונעם מאן ווייל זי וויל עפעס פון אים וכו' זי סטראשעט מיט וכו' קען זי באקומען א גרויסער עונש דערויף, ווייל דאס איז זייער א גרויסער עבירה; וויי פאר די פרויען וואס טיילן זיך אפ וכו' פון די מענער ביז זיי פועל'ן וואס זיי ווילן, וויי איז פאר די פארדארבענע שלום בית מאכער'ס וואס געבן אזעלכע עצות וואס איז אנטקעגן די תורה; חוץ פון דעם וואס עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל דער סוף וועט זיין אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, ווען משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן (שמות לג, יח): "הַרְאֵנִי נָא אֶת כְּבֹדֶךָ", האט אים דער אייבערשטער געזאגט (ברכות ז.): "כְּשֶׁרָצִיתִי - לֹא רָצִיתָ, עַכְשָׁיו שֶׁאַתָּה רוֹצֶה - אֵינִי רוֹצֶה", ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט, יעצט - ווען דו ווילסט - וויל איך נישט וכו'.


צווייטנס, דארף מען וויסן וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן, און אויב מען זעט אז מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי אויפצוהייבן איר מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיך פירן בדרך התורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי, און זיי האבן נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן, און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, פירן די הייליגע חז"ל אויס: "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט זייער שטארקע כוחות, און זי קען איבער דרייען איר מאן.


אז איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אייער מאן זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט זיך טאקע פירן מיט יראת שמים און ער וועט זיך אפגעבן מיט אייך און מיט די קינדער; ווייל תפילה איז שטערקער פון אלע עצות און פון אלע סגולות.


יעדעס מאל איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן און פאר מיינע טייערע קינדער. רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן שלום בית, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצוברענגען ערליכע קינדער, העלף אז מיין טייערער מאן זאל פארשטיין וואס איך וויל פון אים ווען איך בעט אים ער זאל נישט אהיים ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן. העלף אז מיין מאן זאל זיך פירן ערליך מיט יראת שמים, העלף מיר אז ווען מיין מאן קומט אהיים צו מיר און צו די קינדער זאל ער נישט זיין אזוי אריין געטון און זייטיגע זאכן, אזוי וועלן מיר צוזאמען קענען מחנך זיין אונזערע קינדער".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן און איר וועט זען א פארענדערונג.

#21 - איז אויסגעהאלטן צו נעמען א גויטע צו העלפן אינדערהיים?
שלום בית, צניעות, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אסאך פון אייך אז מ'דארף נעמען א "קלינינג לעדי" אינדערהיים, מ'זאל נעמען א גוי'אישע העלפערקע ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אינדערהיים, אז די פרוי זאל זיך נישט דארפן איבערשטרענגען.


תורה היא וללמוד אני צריך, איך האב געזען ווי מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין ספר "חסדי אבות" זייער שארף אז מ'זאל דאס נישט טון, דאס ברענגט אסאך פראבלעמען פון צניעות, חינוך, יחוד, הרהורים רעים, און נאך.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, קען זיין אז דער ראש ישיבה האט אנדערש מקבל געווען פון מוהרא"ש.


א גרויסן יישר כח, דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען רעדן צו אינגעלייט מען זאל העלפן די ווייב און נעמען א פרוי וואס רייניגט אין שטוב (קלינינג לעדי) בשעת מוהרא"ש זאגט קלאר אז מען טאר נישט נעמען קיין פרעמדע פרוי אין שטוב צו רייניגן, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין ספר חסדי אבות (על פרקי אבות פרק ב, משנה ח) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "מַרְבֶּה שְׁפָחוֹת מַרְבֶּה זִמָּה", איינער וואס פארמערט שפחות פארמערט עבירות; זאגט מוהרא"ש אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען גוי'טעס וואס רייניגן די שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו זייער הארבע עבירות, און אפילו מען קומט נישט צו טון אן עבירה, אבער אין טראכטן פון אן עבירה פאלט מען זיכער אריין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סד.): "אִם מִידֵי עֲבֵירָה יָצָאנוּ, מִידֵי הִרְהוּר לֹא יָצָאנוּ", און דאס איז זייער הארב אזוי ווי חז"ל זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה"; נאך זאגט מוהרא"ש אז מען קען נכשל ווערן אין איסור יחוד. און מוהרא"ש פירט דארט אויס אז מען זאל אנזאגן פאר די קינדער זיי זאלן אויך אכטונג געבן נישט אריין צו נעמען אין שטוב קיין גוי'טע.


דארפסטו אבער וויסן דעם כלל אז (ירושלמי ראש השנה פרק ג, הלכה ה): "דִּבְרֵי תּוֹרָה עֲנִיִּים בִּמְקוֹמָן, וַעֲשִׁירִים בְּמָקוֹם אַחֵר"; קוק אריין אין די אנדערע פירושים פון מוהרא"ש אויף אבות ווי מוהרא"ש זאגט אז אויב די ווייב דארף א פרוי ארויס צו העלפן אין שטוב, זאל מען אכטונג געבן נישט צו זיין אין שטוב אין די צייט ווען די קלינינג לעדי איז דארט. אזוי אויך טארן די קינדער נישט זיין אין שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו שלעכטע זאכן, אזוי ווי מיר ווייסן ווי שטארק דער רבי האט אונז מזהיר געווען מיר זאלן האבן א ריינע מח, אזוי ווי ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיד): "סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיך פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן".


אזוי פירן זיך ערליכע אידן, מען נעמט נישט אריין אין שטוב קיין פרעמדע פרוי ווען דער מאן אדער די אינגלעך געפונען זיך אין שטוב; מען געבט זייער אכטונג אז די שטוב זאל זיין הייליג און ריין. דאס וואס מוהרא"ש איז אזוי קעגן אריין נעמען אין שטוב פרעמדע פרויען וואס העלפן רייניגן, ווייל אז דער מאן אדער די קינדער זענען אין שטוב, איז שוין בעסער אז די שטוב זאל נישט זיין אויפגערוימט ווי איידער מען זאל צוקומען צו איין שלעכטע מחשבה רחמנא לצלן.


איין יאר פאר פסח האט מען איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב אין ברסלב; מען האט ארויסגעטראגן אלע מעבל וכו' אינדרויסן אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, און אויף די כלים וואס זענען איבערגעבליבן אין שטוב האט מען אויסגעשפרייט ליילעכער עס זאל נישט ווערן שמוציג. ביים רבי'ן אין שטוב איז געווען א זייגער, און דעם רבינ'ס טאכטער אדל האט דאס באדעקט מיט איר טיכל אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין שטוב און דאס באמערקט, האט ער איר געזאגט: "נישט מיט אזא זאך דעקט מען איבער, עס זענען פארהאנען היינט אזעלכע פארמישטע מוחות, וואס ווען זיי זעהן נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך". זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט אכטונג געגעבן אז מען זאל האבן ריינע מחשבות.


וואויל איז פאר דעם וואס געבט אכטונג נישט אריין צו ברענגען אין שטוב קיין גוי'טעס ווען דער מאן אדער אינגלעך זענען דארט, וועט מען נישט צוקומען צו קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויפציען אונזערע קינדער ריין און הייליג.

#20 - איך וויל זיך שוין גט'ן
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, און יעצט צום ענין. איך בין זייער צובראכן פונעם מצב אין אונזער שטוב. עס איז קיין שטוב נישט! איך האלט מער נישט אויס פון מיין מאן, ער איז נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך האב אים זייער ליב געהאט אלע יארן, איך האב אזויפיל געטון פאר אים, געגעבן, נאכגעגעבן, געהאלפן, און אזויפיל מתפלל געווען, בשעת ווען ער פלעגט מיר אוועקמאכן די גאנצע צייט. איך בין שוין פארמאטערט און איך קען נישט טרעפן די כוחות ווייטער אנצוגיין. איך שפיר זיך ווי א פארוועלקטע בלום וואס פרובירט צו וואקסן אין א בלאטע אן קיין זון. די איינציגסטע וועג וואס עס זאל קענען ארבעטן איז נאר אז איך שפיל טויב, שטום, און בלינד, נו וואספארא לעבן איז דאס?


איך האב שוין אלעס פרובירט, איך בין שוין דורך די שווערסטע צייטן, איין תקופה ווי ער האט נישט געלערנט און נישט געארבעט, איין תקופה פון נישט אויפשטיין צופרי ביז שפעט אינמיטן טאג, איין תקופה פון כל ערליי משוגעת'ן בין כותלי הבעדרום, איין תקופה פון איך דארף זיך טוישן און זיין מער אפ-טו-דעיט, איין תקופה פון ער טוישט זיך זיין אויסקוק און בכלל לעבנסשטייגער, נאך א תקופה פון זיין ברוגז אויף מיין משפחה, א. א. וו. די ליסטע גייט אן. און כאטשיג ווי שטארק דאס האט מיר אלעס וויי געטון בין איך מיטגעגאנגען, אים נאכגעקומען אלע פארלאנגען (חוץ א שייטל), עס האט אבער גארנישט געהאלפן, ער איז אין שטוב נאר בגוף, אדער צו קריטיקירן און טשעפען. איך מאך אליין שבת, יום טוב, פסח. ער העלפט גארנישט און ער קאמפלעינט נאך אז די הויז פליעט און וועגן דעם האט ער נישט קיין הרחבת הדעת אינדערהיים.


ווי אזוי זאל איך האלטן די שטוב אין ארדענונג ווען איך דארף אלעס אליין טון, און ער ליגט אין בעט און האט נאר טענות? די קינדער וויינען און מוטשען אז טאטי האט זיי צוגעזאגט זאכן, און איך מוז זיך ספראווען דערמיט און אים ערזעצן.


איך וויל זיך גט'ן. עס טוט מיר זייער וויי, ווייל ביז יעצט האב איך אלס פרובירט צו טון כדי נישט זיך גט'ן, און טאקע ווייל איך ווייס אז גט'ן איז נישט די עצה און ווי הארב דאס איז און די נאכווייען און די שוועריגקייטן, דאס האט מיר צוריקגעהאלטן ביז יעצט. נאכדערצו אז איך האב א גע'גט'ע שוועסטער שוין 10 יאר, ווען נישט וואלט איך זיך שוין זיכער גע'גט, איך בין שוין אבער אין א מצב פון עד מתי? מיין לעבן איז נישט קיין לעבן...


ישר כח פאר אייער צייט, און דער אייבערשטער זאל אייך באלייכטן מיט א קלארקייט צו קענען געבן די ריכטיגע ענטפערס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס איר גייט אריבער.


איך מוז אייך זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן; דער מנורה; דער ארון; וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז: "זיי קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי איר פאלט א קרבן פארן יצר הרע וואס וויל צעברעכן נאך א אידישע שטוב, איר שרייבט דאך אליינס אז איר האט א שוועסטער וואס איז שוין לאנגע יארן אליין וכו', וואס וועט איר האבן אז איר וועט זיך גט'ן? אמת טאקע, עס איז אייך זייער שווער יעצט מיט אייער מאן וכו', אבער דאס האט איר נאך נישט פרובירט - צו זיין אליינס פאר יארן וכו', דאס ווייסט איר נאך נישט - וואס אייערע קינדער וועלן מיט מאכן וכו', די קינדער וועמענס עלטערן האבן זיך גע'גט וואלגערן זיך ארום פון איינעם צום צווייטן השם ירחם.


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער און איך פארשטיי זייער גוט וואס איר גייט אריבער, אבער מיט דעם אלעם בעט איך אייך זייער, איר פון אייער זייט זאלט רעדן שיין צו אים, זייטס ווייטער ווארים צו אים און ווארטס אים אפ מיט א שמייכל וכו'. א קלוגע פרוי האט די מעגליכקייט אינגאנצן איבערצודרייען איר מאן לטובה; איך בעט אייך, ווארטס אויס אויף א ישועה און אנטלויפטס נישט. עס איז נישט קיין חכמה צו גיין צעברעכן א שטוב ווען מען קען עס נאך ראטעווען.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, דאס גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים ווייזט יענער צוריק א זויערע פנים. דערפאר, זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "זיי קלוג, נישט גערעכט", איר זאלט זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


מיר שטייען יעצט אין די ערב פסח טעג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "בְּכָל דּוֹר וָדוֹר חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", א מענטש דארף זיך פארשטעלן כאילו ער איז געווען פארקנעכטעט פאר פרעה אין מצרים, און דער אייבערשטער האט אים ארויסגענומען פון דארט; שטעלט אייך פאר איר זענט אין מצרים, אייער מאן ארבעט פאר פרעה און ער וויל נישט אהיים קומען ביינאכט, ער איז א קנעכט פאר פרעה, ער איז אריין געטון אין זיין געלט און אין זיין דזשאב מיטן גאנצן לייב און לעבן וכו'; וואס האבן די ערליכע פרויען געטון, זיי האבן זיך גע'גט? זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז בזכות די נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים; די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים - אזוי ווי היינט, מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס גייט צו איר מאן און זי איז דער וואס רעדט שיינע ווערטער וכו' ביז דער מאן ווערט איבערגערעדט, מען לעבט מיט ליבשאפט און מען שטעלט אויף א שטוב צוזאמען.


איך בין גרייט צו רעדן מיט אייך ביידע צוזאמען און פרובירן וואס מען קען טון איר זאלט לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן, ווייל עס איז א שאד אז דער לעבן זאל אריבער גיין מיט מחלוקת.


איך זאג אייך נאכאמאל: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", וואס איז יא די עצה? "תפילה איז די עצה". מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שול'ן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת; עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש זוטא רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְאָלִין אֶלָּא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר", משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חז"ל (סוטה יא:): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאֲלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִצְרָיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, און בזכות זיי וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות.


איך שרייב אייך א בריוו וואס איר זאלט איבערגעבן פאר אייער מאן.


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו אז עס איז זייער שווער דאס לעבן מיט דיר. איך בעט דיר זייער, דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'. און ר' נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


איך בעט דיר זייער, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב; אז דו וועסט פאלגן דעם הייליגן רבי'ן וועט דיר גוט זיין אין לעבן. זוך נישט צו זיין גערעכט, קליינע קינדער ווען זיי קריגן זיך, זוכן זיי שטענדיג צו זיין גערעכט. דער הייליגער אריז"ל זאגט אז אין מצרים איז דער מח און דער דיבור געווען אין גלות; יעצט איז די צייט ארויס צו גיין פון דעם גלות הדעת, גיי דו אויך ארויס פון דיין קטנות און זוך נישט אויסצופירן.


יעצט קומט שוין דער הייליגער יום טוב פסח ווען אלע אידן גייען ארויס גיין פון מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "בְּכָל דּוֹר וָדוֹר חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם"; כאפ זיך אויך מיט מיט אלע אידן וואס גייען ארויס פון מצרים. שטעל זיך פאר ווי דו ביסט יעצט אין מצרים און דער צדיק קומט זאגן אז דער אייבערשטער וויל ארויסנעמען די אידן פון מצרים, וואס וואלסטו געטון? דו וואלסט מיט געגאנגען מיט משה רבינו? נישט יעדער איז דעמאלט מיט געגאנגען מיט משה רבינו, רוב אידן האבן נישט געוואלט ארויס גיין פון מצרים און בלויז א פיפטל פון כלל ישראל זענען מיט געגאנגען, ווייל די אלע האבן געהאט זייערע גערעכטע טענות און תירוצים פארוואס נישט צו גיין מיט משה רבינו. וואס איז געבליבן פון זיי? זיי זענען אלע אויסגעשטארבן ביי מכת חושך, אבער די ערליכע אידן וואס זיי זענען געגאנגען מיט משה רבינו - זיי זענען ארויס פון מצרים און ארויס פון זייער גלות.


מוהרא"ש זאגט א גוטע עצה פאר א מאן און ווייב וואס פארשטייען זיך נישט און יעדער פארלאנגט פונעם צווייטן זיך צו טוישן; ביידע פון זיי זאלן נעמען א צעטל און ביידע זאלן אראפשרייבן אלע טענות וואס מען האט איינער אויפן צווייטן בפרטי פרטיות, דערנאך זאל מען נעמען די צעטלעך פארמאכטערהייט אן אריינקוקן דערין און דאס פארברענען בשעת שריפת חמץ אינעם פייער, ווען דערביי זאל דער מאן בעטן דעם אייבערשטן אז אלע קריגערייען זאלן זיך אויפהערן און אלע שלעכטס וואס ער האט אויף זיין ווייב זאל ער נישט זען מער.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער; גלייב מיר איך האב נישט קיין שום נגיעה דא, איך מאך נישט קיין געלט פון אייך און איך האב נישט קיין כבוד פון אייך, איך טו עס פשוט ווייל מוהרא"ש האט מיר אריין געלייגט אין מיין בלוט איך זאל העלפן עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב און מען זאל לעבן צוזאמען.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אויסגערוימט דעם חמץ פון שטוב; סיי דער פשוט'ער חמץ און אויך דעם יצר הרע.

#19 - איך וויל אויפהערן זיך צו שרייבן מיט בחורים
שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק וואס איך הער פון אייך. איך בין א מיידל און איך האב געהאט א פעיסבוק אקאונט פאר עטליכע חדשים, און ליידער האב איך זיך דארט געשריבן מיט בחורים. איינער האט מיר שטארק מעורר געווען אז איך זאל פארמאכן די אקאונט, און ב"ה אז איך האב עס שוין פארמאכט.


דער פראבלעם איז אבער אז איינער פון די בחורים האט באקומען מיין נומער, און מיר שרייבן זיך נאכאלץ אויף וואטסעפפ. איך האב אים שוין פרובירט צו פארשיקן און ס'איז נישט געגאנגען, און בכלל איז מיר זייער שווער אפצוהאקן מיט אים ווייל ער וועט ווערן זייער צעבראכן דערפון.


איך האלט אז איך בין אן ערליכע מיידל, און איך וויל האבן אן ערליכן מאן, איך ווייס אבער אז דאס גייט נישט צוזאמען מיט וואס איך טו יעצט. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט תשובה געטון און אפגעהאקט אלע קשרים מיט פרעמדע בחורים; אין הימל איז זייער חשוב איינער וואס טוט תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הֵיכִי דָּמִי בַּעַל תְּשׁוּבָה", וואס הייסט תשובה? "אָמַר רַב יְהוּדָה, כְּגוֹן שֶׁבָּאָת לְיָדוֹ דְּבַר עֲבֵירָה פַּעַם רִאשׁוֹנָה וּשְׁנִיָּה, וְנִיצַל הֵימֶנָּה", אז עס קומט אים נאכאמאל אונטער צו טון די עבירה און ער טוט עס נישט, דער איז א בעל תשובה.


לאזט אפ אלע וואס שרייבן אייך וכו'; איר דארפט אליינס פארשטיין אז אויב איר שרייבט זיך מיט פרעמדע בחורים וכו', וועט איר באקומען א בחור וואס שרייבט זיך מיט פרעמדע מיידלעך - וואס דאס ווילט איר אודאי נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין, אויף דעם וועג פירט מען אים.


אז איר ווילט טאקע אויפשטעלן אן ערליכער שטוב אזוי ווי איר שרייבט, דארפט איר תשובה טון און אויפהערן מכשיל זיין בחורים. עס איז זייער א גרויסע עבירה זיך צו שרייבן מיט בחורים און מען באצאלט א טייערע פרייז אויף דעם; דער אייבערשטער איז שונא זימה און אויב טוט מען נישט תשובה באקומט מען אן עונש.


אנשטאט זיך צו שרייבן אויף 'סאשעל מידיע' נעמט א תהילים און זאגט אביסל תהילים יעדן טאג, וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.

#18 - כ'האב נישט באקומען די ריכטיגע הדרכה פאר די חתונה
שלום בית

תוכן השאלה‎

 לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט צוגעפירט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך זאל אנהויבן צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, די שיעורים האבן מיר ממש געעפנט די אויגן און געוויזן דעם ריכטיגן ערליכן וועג אין לעבן, אין לערנען, אין דאווענען, אין אמונה, אין שבת קודש, און אין יעדן הינזיכט אין לעבן.


איך בין א אינגערמאן וואס האט שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר, און איך האב ב"ה ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. אזוי ווי ביי רוב חסידישע בחורים און אינגעלייט, האב איך אויך חתונה געהאט מיט דעם געדאנק אין קאפ אז מ'דארף זיין א פרוש, זיין ווי ווייניגער נאנט אין שטוב, וכו' וכו'. איך האב דאס טאקע מקיים געווען, איך האב נישט צופיל גערעדט און פארברענגט מיט מיין ווייב, און דערפאר האבן מיר קיינמאל נישט געהאט עכט קיין קירוב לבבות צווישן זיך. פארשטייט זיך אז דאס האט מיר גארנישט געהאלפן אין מיין ערליכקייט, איך האב זיך געמוטשעט מיט פילע שווערע נסיונות, מיט אסאך עליות און ירידות אין לויף פון די יארן.


א צייט צוריק בין איך אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאן האט זיך מיט פלוצלינג געעפנט די אויגן, איך האב אנגעהויבן צו פארשטיין אז דוקא מיט'ן לעבן בשלום אחוה ואהבה מיט די ווייב, דוקא דאס וועט מיר ברענגען נענטער צום אייבערשטן און דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל. איך האב אנגעהויבן הערן אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס פאר די ווייב, און מ'דארף איר אפילו זאגן אז מ'האט איר ליב. איך בין זייער ווייט פון דעם און איך קען דאס נאכנישט טון, נאך אזויפיל יארן וואס אונזערע הערצער זענען אזוי ווייט איינער פון צווייטן. מיר דאכט זיך אז מיין ווייב האט אויך נישט קיין געפיל צו מיר, און מיט רעכט, מיר האבן קיינמאל נישט געהאט געהעריג קיין נאנטשאפט צווישן זיך.


איך בין אבער נאך זייער צעמישט אין די נושא, איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען יעצט אנהויבן צוריק צו ווערן נאנט מיט מיין ווייב און האבן צוזאמען אן ערליכע און גוטע לעבן אן קיין פרישות. איך וואלט זייער מכיר טובה געווען אויב דער ראש ישיבה קען מיר אויסקלארן אין דעם נושא.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"א אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קענען מיר טון אז (דברים לב, יז): "חֲדָשִׁים מִקָּרֹב בָּאוּ - לֹא שְׂעָרוּם אֲבֹתֵיכֶם";  מען איז מדריך חתנים און כלות מיט חומרות און פרישות, זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט תורה, קיין שום שייכות מיט הלכה. מען פארדרייט דעם קאפ פון די אומשולדיגע חתנים און כלות מיט פאלשע לימודים.


דו זאלסט נישט אויסהערן איינער וואס וויל דיר אריין ברענגען אין שטוב פרישות, ווייל דאס איז עצת היצר; ער קומט מיט א פארשטעלטן פנים כאילו ער איז א פרומער און מענטשן מיט ווייניג שכל כאפן זיך גלייך צו צו פרומע משוגעת'ן. מען כאפט נישט אז דאס איז א תחבולה פונעם שטן אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין גראבע עבירות; ווייל אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך לאזט מען נאכדעם אלעס אפ און מען ווערט א פורק עול. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו - זאגט דער הייליגער ווילנער גאון - ווערט פון תרי"ג תרי"ד, וואס די תורה זאגט (בראשית כז, מ): "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ", אז מען לייגט צו מצוות צו די תורה ווערט מען א פורק עול.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן פרעגן ווען און וויפיל וכו'; זיין ווייב האט געהייסן חוה. האט אים דער רבי געזאגט: "עס שטייט דאך (תהלים יט, ג): וְלַיְלָה לְּלַיְלָה - יְ'חַוֶּה".


ביים רבי'ן איז נאר געווען וואס דער שלחן ערוך זאגט; דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען ווייזן זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן: "דו קענסט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי דו ווילסט, דו קענסט זאגן פשטים אויף מיינע תורות, בתנאי אז דו זאלסט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים, אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר חתנים, כלות און אינגעלייט אין ענינים פון שלום בית אדער חינוך וכדומה, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אויף די אלע מדריכים וואס לערנען חומרות און פרישות פאר חתנים, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין; רוב גט'ן קומען פון דעם וואס מען איז מדריך מיט פאלשע לימודים. זיי האבן א תאוה צו זאגן חומרות פאר א צווייטן וכו'; דער רבי זאגט אויף דעם זייער שארף (ספר המידות, אות הוראה, סימן ה): "מִי שֶׁמַּחְמִיר לַאֲחֵרִים וּמֵקֵל לְעַצְמוֹ", ווער עס לערנט פאר א צווייטן חומרות ווען ער אליינס איז ווייט פון דעם אלעם, "עַל-יְדֵי-זֶה אֵינוֹ זוֹכֶה לִרְאוֹת בִּיפִי הַמֶּלֶךְ", וועט ער נישט זוכה זיין צו זען ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, ח): "אַל תְּהֵא אוֹמֵר עַל מַה שֶׁלֹא שָׁמַעְתָּ, שָׁמָעְתִּי, וְלֹא תְהֵא אוֹסֵר לַאֲחֵרִים וּמַתִּיר לְעַצְמוֹ, אֶלָּא יִהְיוּ יוֹצְאִין מִפִּיךָ נֶאֱמָנִין כְּשֵׁם שֶׁיָּצְאוּ מִפִּי משֶׁה, וַאֲנִי מַרְאֶה לְךָ יֹפִי פָּנִים אֶל פָּנִים" עיין שם; וויפיל אינגעלייט פאלן נעבעך אראפ אין הארבע עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די פאלשע חתנים און כלה טיטשערס וואס זיי פארקויפן זייערע אייגענע פארקרומטע וועגן?! מען דארף זיך זייער היטן פון זיי.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך לערן מיט חתנים זאל איך נאר לערנען אינעווייניג וואס די שלחן ערוך זאגט און נישט חס ושלום צולייגן וכו', ווייל ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני וואס האט צוגעלייגט צום צווי פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", מען זאל נישט עסן פונעם עץ הדעת, איז געגאנגען דער נחש און ער האט צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ'. און איינמאל ער האט צוגעלייגט וכו' האט ער אראפ געווארפן דורכדעם אדם וחוה און גורם געווען אלע שלעכטס.


איך קען נישט שרייבן בפרטיות אין דעם ענין מפני הצניעות; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו לעבן וכו' - אין די תורה קען מען אלעס טרעפן. אז דו וועסט צולייגן קאפ און מח ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט, וועסטו אלעס אליינס פארשטיין, דו וועסט זען אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, דו וועסט זען ווי אזוי אמת'ע ערליכע אידן לעבן מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זאל איך מאכן מיין ווייב טוישן פון א שייטל צו א טיכל?
שלום בית, צניעות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די ראש ישיבה פאר אלע עצות און לימודים וואס ברענגט אונז זייער א שיינע לעבן.


לעצטנס איז נאכאמאל נתעורר געווארן א שאלה וועגן שייטלעך, בעיקר ביי די יומען אבער אויך ביי די סינטעטישע, און מיר האבן דאס געוואלט איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה.


מיין ווייב גייט מיט א שייטל, און מיר האט זייער געשטערט אז ס'איז דא שאלות אויף דעם, איך האב אבער נישט געוואלט מוטשען מיין ווייב דערוועגן. ווען זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, האב איך איר געזאגט דעם אמת אז כאטש וואס איך ווייס נישט פונקטליך די הלכה, בין איך אבער מוותר אויף די שייטל, איך האב חשק אז זי זאל גיין נאר מיט א שפיצל, וואס דאס איז די מערסטע לכתחלה'דיג, סיי אלס די הלכה שאלות, און סיי אז ס'איז מער צניעות'דיג. ווי מער די צניעות פאלט, דארף מען מאכן שטערקערע גדרים.


למעשה וויל מיין ווייב וויסן, אויסער די פשוטע חיוב צו טון וואס דער מאן וויל, אויב זי דארף אויסטון דעם שייטל צוליב די שאלות וואס איז דא אין דעם, למעשה רעדן נישט די רבנים דערוועגן, איז דאס אפשר בלויז אן הידור, און זי קען איגנארירן די גאנצע זאך און גיין ווייטער אנגעטון אזוי ווי איר גאנצע משפחה גייט.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די הלכה'דיגע חלק צי א שייטל איז אסור ווייל עס קומט פון עבודה זרה - דאס זאלסטו פרעגן א דיין. דו וואוינסט דאך אין ... גיי פרעג הרה"ג ר' ... שליט"א; לויט וויפיל איך געדענק פון יארן צוריק דארף א שייטל האבן א הכשר אז דאס קומט נישט פון די האר וואס מען שערט זיך פאר עבודה זרה אין אינדיע וכו'.


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט באצווינגען וכו'; זי איז אן ערליכע און א איידעלע. דו דארפסט איר פארשטיין אז זי וויל טון דיין רצון און דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט האט זי שוועסטערס און משפחה וכו'; דאס מאכט איר וועלן גיין ווי אזוי זיי גיין אנגעטון וכו'. אויב דיין ווייב איז מסכים זיך צו טוישן וכו', איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּך כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶך"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיך כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז אז מאן און ווייב רעדן זיך דורך איינער מיטן צווייטן, מען הערט אויס איינער דעם צווייטן און מען פארשטייט יענעמס הרגשים וכו'. מען קען נישט ארויפצווינגען די אייגענע ווילן אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך פון טשעפען א ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט באצווינגען דיין ווייב זי זאל זיך טוישן וכו' אפילו דו מיינסט גוטס; דו ווילסט אן ערליכער שטוב און דו ווילסט מען זאל גיין ביי דיר מיט אן ערליכן לבוש וכו'. אבער געב אכטונג אז דיין ווייב זאל נישט האבן א פחד פון דיר, ווייל אויב מען לייגט א פחד אין שטוב פארלירט מען אלעס רחמנא לצלן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך פארשטיי דיר גאנץ גוט אז דו ווילסט דיין שטוב זאל זיין מער צניעות'דיג,  ווייל עס זענען דא פוסקים וואס האלטן (סמ"ק, מצוה נז) אז צניעות ביי פרויען איז א דאורייתא, נישט סתם א חומרא. און דו ווילסט זוכה זיין צו די ברכות וואס מען באקומט ווען די פרוי פירט זיך בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶך פְּנִימָה" - אָמַר רַבִּי יוֹסֵי כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹך הַבַּיִת, רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָדוֹל, וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", אויב א פרוי פירט זיך בצניעות וועט זי האבן קינדער גרויסע צדיקים, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַבִּי פִּנְחָס הַכֹּהֵן בַּר חָמָא, בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹך הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִזְבֵּחַ מְכַפֵּר כָּך הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען א פרוי גייט בצניעות און זי פירט זיך איידל, איז זי מכפר אויף איר הויז אזוי ווי דער מזבח; אבער מען קען נישט ארויפצווינגען וכו'.


אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, דו וועסט איר לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר און דו וועסט מיר פאלגן.

#16 - וואס טו איך ווען איך רעד מיט מיין ווייב, און מיין מאמע רופט אריין?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט אריינצוברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך דארף זיך פירן ווען איך האלט אינמיטן רעדן מיט מיין ווייב אויפ'ן טעלעפאן און מיין טאטע אדער מאמע רופן מיר אריין אינדערמיט. איך וויל און איך דארף זיי ביידע מכבד זיין, און ביידע נישט פארשעמען אדער מצער זיין, ווי אזוי פיר איך זיך אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיך אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶך אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶך אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ; דער שיחה איז ממש מקוים געווארן ביי תלמידי היכל הקודש וואס זענען זייער מכבד די טאטע מאמע.


עס איז זייער וויכטיג צו רופן די עלטערן יעדן טאג; אסאך מאל קען אריבערגיין א גאנצע וואך וואס מען רעדט נישט מיט די עלטערן. דאס קומט בלויז ווייל מען ווייסט נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה; מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג אנרופן זיין טאטע גלייך נאכן דאווענען, דאס איז געווען ביי מוהרא"ש די ערשטע זאך.


דאס וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ", מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל זיך חס ושלום אפלאזן פון די עלטערן. נאר די כוונה פון דעם איז צו זאגן: 'מיש נישט אריין דיינע עלטערן אין דיין לעבן, רעד זיך נישט אפ פאר זיי און קרעכץ נישט פאר זיי'; פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


אויב עפעס דרוקט און מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, לויפט מען נישט דערציילן פאר די עלטערן, ווייל די עלטערן האבן שוין גענוג געהאט אין זייער לעבן, זיי זענען שוין גענוג אריבער וכו' און יעצט איז זייער צייט צו שעפן נאר נחת; נאר מען גייט צו אן ערליכער איד ער זאל מחזק זיין דאס פאר-פאלק און זיי ווייזן ווי אזוי מען קען לעבן בזה העולם אין גן עדן וכו'.


אין די זעלבע צייט האלט מען חשוב די ווייב וכו'; ווייל שלום בית איז אין היכל הקודש א יסוד היסודות. מוהרא"ש האט זיך זיין גאנצע לעבן אוועק געגעבן עס זאל זיין שלום ביי אידישע קינדער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה ברענגט א מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת לֹא לְהִזָּהֵר כָּל כַּך"; ווען מען רעדט מיט די עלטערן אדער מיט די ווייב און א צווייטער רופט אריין, אויב איז וויכטיג וואס מען רעדט יעצט וכו' רופט מען יענעם שפעטער צוריק. און אז מען ווייסט אז יענער האט עפעס וויכטיג גייט מען צו יענעם וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - זאל איך רעדן מיט מיינע עלטערן, ווען דאס מאכט מיר גרויס צער?
שלום בית, כיבוד אב ואם, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ממש נישט די ווערטער אייך צו דאנקען אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך, די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב באקומען פון אייערע שיעורים און ניגונים. דאס האט ממש געטוישט אונזער לעבן צום גוטן, מיין מאן האט אנגעהויבן לערנען און ער האט שוין געמאכט א סיום משניות, און אויף יעדע פראבלעם האבן מיר גלייך די עצה צו בעטן און רעדן צום אייבערשטן.


איך האב א שאלה אין כיבוד אב ואם, מיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שלום בית, און איך האב זייער אסאך געליטן פון דעם אלע יארן, איך האב געלעבט מיט שרעקליכע יסורי הנפש. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב ב"ה חתונה געהאט, און געגאנגען וואוינען אויף אן אנדער פלאץ, און צוביסלעך ארויסגעקראכן פון די פראבלעמען.


מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן צו פארבעסערן די שלום בית ביי מיינע עלטערן, אבער יעצט איז זיי אונטערגעקומען א פרישע צרה אז מיין טאטע האט באקומען א קרענק, און ער פייניגט זייער אויס מיין מאמע אז זי איז שולדיג אין אלע זיינע צרות.


מיין הארץ גייט אויס פאר ביידע פון זיי, איך שפיר זייער שטארק זייער צער און ווייטאג, דאס טרעט מיר ממש צו צום געזונט און איך שפיר ווי דער מצב ברענגט מיר צוריק צו מיין מרה שחורה פון די יונגע יארן, און איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין אין לעבן.


מיין שאלה איז וואס איך דארף צו טון, זאל איך רעדן ווייניגער צו זיי? ווייל איך שפיר אז ווען איך רעד צו זיי מאכט עס מיר געפערליך בעצבות?


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און זעט ווייטער צו לעבן א לעבן פון גן עדן.


איר שרייבט אז אייער מאן האט געמאכט א סיום אויף משניות; דארפט איר זען צו מאכן פאר אים א שיינער סיום.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי, ווען זי זעט איר מאן לערנען, מאכט זי א גאנצע טראסק דערפון, זי מאכט א שיינע סיום וכו', וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל ווייטער לערנען. דעריבער איז זייער חשוב אז יעדעס מאל ווען אייער מאן נרו יאיר פארציילט אייך וועגן א מסכת וואס ער האט מסיים געווען, זאלט איר מאכן א שיינע סעודה.


בנוגע אייערע עלטערן; איר זאלט רופן אייערע עלטערן און זיי פארציילן שיינע זאכן. ווען עלטערן זעהן נחת ביי זייערע קינדער און אייניקלעך דאס מאכט זיי לעבן און דאס געבט זיי כח ווייטער אנצוגיין. און פארקערט אויך, ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, טוט דאס פארקערצערן זייער לעבן ה' ירחם. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", ווען עלטערן זעהן ווי קינדער פירן זיך ווי עס דארף צו זיין, דאס היילט זיי אויס.


דערפאר זאל איר ווייטער רעדן מיט אייערע עלטערן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; איר זאלט זיי ווייטער רופן וכו' און אז זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ פאר אייך, זיי דערציילן זייערע צרות - זאלט איר בעטן א תפילה פאר זיי. אבער אויב דאס שטערט אייער לעבן, איר שפירט ווי דאס שלעפט אייך צוריק צו אייערע יסורים פון אלץ קינד, זאלט איר זיך ארויסדרייען וכו', ווייל איר קענט נישט מאכן אז אייער לעבן זאל זיך אפשטעלן. מען דארף וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלט איר אויך טון. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט, מאך ליכטיג פאר אלע אידן און העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן. העלף ארויס מיין טאטע ער זאל זיין געזונט און שטארק. און העלף ארויס מיין מאמע זי זאל האבן אביסל מנוחה אין איר לעבן".


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס געשעהט ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן; דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס ווי דער מענטש רעדט צו אים. אלע מלאכים פרעגן: "וואו איז דער אייבערשטער? וואס טוט דער אייבערשטער?" ענטפערט מען זיי אז דער אייבערשטער איז יעצט עוסק מיט א איד וואס וויינט צו אים און טענה'ט זיך מיט אים. פרעגן אלע: "פארוואס זאל דער אייבערשטער אליינס עוסק זיין מיט זיי? מיר וועלן אויסהערן די טענות און עוסק זיין מיט זיי?" זאגט דער אייבערשטער: "ניין - אֲנִי וְהוּא בִּלחִדוֹי - איך וויל זיך אליינס אפגעבן מיט אים (זוהר פרשת בלק, קצה.)".


אין די זעלבע צייט דארפט איר אויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און אז איר ווייסט פון הייליגן רבי'ן.


זייט פרייליך און מיט שמחה וועט איר אלעס אויס'פועל'ן.

#14 - דארף מען האבן חומרות אין שטוב?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בענק זיך זייער צום ראש ישיבה, ב"ה אז מיין לעבן ווערט בעסער און בעסער מיט די עצות וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. יישר כח פאר אלע שיעורים, איך הער אויס כסדר די שיעורים און איך בין זיך מחיה מיט זיי, און איך הער צוריק אויך פון אסאך אנדערע וואס זענען זיך מחיה מיט די שיעורים, דאס איז זייער גאנצער לעבן.


ווען איך האב געלערנט מיט'ן ראש ישיבה אלס חתן האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט נאכצוקוקן צוויי גמרות וועגן ענינים שבינו לבינה, און עס אויך ווייזן פאר מיין ווייב, איך האב אבער פארגעסן די מראה מקומות, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה נאכאמאל דאס אנצייכענען?


איך האף אי"ה צו קומען פסח אויף אמעריקע.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר און איך בענק מיר נאך דיר; איך האף אז דו פירסט זיך אזוי ווי דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע יארן. דו ניצט אויס דיינע יונגע יארן - די שענסטע יארן פון לעבן - מיט תורה ותפילה און עבודת השם יתברך.


בנוגע וואס דו פרעגסט וכו'; הלואי זאל מען לערנען אלע חתנים און כלות צו לעבן אן פרישות און חומרות. דעמאלט וואלט נישט געווען אזוי סאך פראבלעמען אויף דער וועלט, ווייל רוב שלום בית פראבלעמען קומען פון דעם וואס מען לערנט פאלשע לימודים פון חומרות ופרישות.


דערפאר איז דער רבי געווען אזוי שטארק קעגן חומרות, אזוי ווי ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ, צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד, כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים".


דאס זענען נישט זאכן וואס מען קען שרייבן דערפון, אז דו וועסט קומען צו מיר וועלן מיר רעדן פנים בפנים.

#13 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זיין אינדערהיים ביינאכט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מיין מאן איז נישט אין שטוב ביינאכט. דאס שטערט מיר זייער וועגן אסאך זאכן, און איינס פון די סיבות איז אז אין די שעות האב איך שוין געווענליך נישט קיין כח און קיין סבלנות פאר די קינדער און איך פיל אז ווען ער איז אויך אין שטוב גייט דאס פיל גרינגער.


ער טענה'ט אז ער מוז האבן די צייט פאר זיך, ער איז אזוי אויסגעמוטשעט און דאס איז זיין חיות, ער קען בשום אופן נישט מוותר זיין אויף דעם.


איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, איך בין נישט א מענטש וואס איז מסכים צו לעבן פארביסענערהייט ווייל מיין מאן געבט מיר נישט וואס איך דארף, איך גיי זיך נישט בעטן ביי אים אויף מיין לעבן, איך קען זיך לערנען צו לעבן גוט אויך אזוי.


מיין שאלה איז אויב אין דעם פאל זאל איך אפמאכן אז ער זאל זיך גיין זיין וועג לחיים ולשלום, און איך וועל זיך שוין מסדר זיין אליין, אדער איז אפשר יא דא א וועג אים איבערצורעדן אז ער זאל זיין מער אין שטוב ביי די נעכט.


פארשטייט זיך אז איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס וואס איך קען טון דערוועגן?


איך וויל אביסל מער ערקלערן מיין מצב, עס איז דא זייער אסאך זאכן מיט וואס מיר זענען נישט אייניג, מסתמא אזוי ווי ביי יעדע פאר-פאלק. ב"ה אז איך האב זיך אויסגעלערנט נישט צו נעמען צום הארץ, נאר זיך מסדר זיין אליין, און קוקן נאר אויף זיינע גוטע זאכן, און ער האט ב"ה אסאך גוטע זאכן. ער איז זייער אן ערליכער, א תלמיד חכם, גוטע מידות, ער נעמט אויף זיך די פולע אחריות פון פרנסה און נאך פיל פיל מעלות. ב"ה.


א גרויסן גרויסן ישר כח אויף אלעס, איך קען נישט גלויבן אז איך האב וועמען צו פרעגן מיינע שאלות. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס איז נישט שלום בית און מען דארף זען ווי אזוי זיך צו עפענען און זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן.


איר האט זיכער שוין געהערט דעם דיבור פון ר' נתן זכרונו לברכה. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים. איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט גארנישט, מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אין דעם ווארט ליגט דעם שליסל פון שלום בית. שלום בית איז נישט פשט אז מען עסט זיך אויף וכו', שלום בית מיינט אז מען רעדט יא, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, ווערט ער מיט די צייט אנגעגעסן אין זיך און ווען ער קען דאס שוין מער נישט נעמען און עס פלאצט אויס - איז זייער נישט גוט; זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער נאר ווייל מען האט נישט גערעדט. מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן ביז מען האט שוין נישט געקענט מער און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט אייער מאן נאכאמאל, איר וועט רעדן מיט אים שיינע דיבורים און אים מסביר זיין אז ווען עס קומט ביינאכט פאלט איר פון אייערע כוחות און איר דארפט זיין הילף אין שטוב, איר וועט אים בעטן אז איר קוקט ארויס אויף זיין מיט-ארבעט וכו'. איר וועט אים זאגן: "מיין טייערער מאן, איך קען ניצן דיין הילף ביינאכט, עס איז מיר אסאך גרינגער ווען דו קומסט אהיים", וועט ער אייך זיכער העלפן.


יעדער איינער דארף חיזוק וכו'; געווענליך דארף דער מאן זיין דער וואס איז מחזק די ווייב, אבער א קלוגע פרוי ווארט נישט אויף דעם, נאר זי איז די וואס איז מחזק איר מאן וכו'. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי מאכט זיך א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך איר מאן, זי ווארט נישט אויף אים אז ער זאל אנהייבן געבן גוטע ווערטער וכו', נאר זי איז דער וואס געבט גוטע ווערטער און מאכט פרייליך די גאנצע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך שלום; וואס מיינט שלום? זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָך מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען. זעט מען אז דאס איז דער עיקר פון שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיי"ש.


יעדער מענטש האט זיינע נאטורן און זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, קיין איין מענטש טראכט נישט ווי דער צווייטער אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לח.): "לְהַגִּיד גְּדוּלָּתוֹ שֶׁל מֶלֶך מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, שֶׁאָדָם טוֹבֵעַ כַּמָּה מַטְבְּעוֹת בְּחוֹתָם אֶחָד וְכוּלָּן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא טוֹבֵעַ כָּל אָדָם בְּחוֹתָמוֹ שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן וְאֵין אֶחָד מֵהֶן דּוֹמֶה לַחֲבֵירוֹ", ווען א מענטש מאכט א זאך קען ער מאכן א פארעם דערפון און נוצן דעם פארעם נאכצומאכן די זעלבע זאך און אלעס וואס ער מאכט מיט דעם פארעם זעט אויס די זעלבע, אבער דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור מענטשן אויף דער וועלט, אלע זעהן אויס ווי אדם הראשון אבער קיין איינער זעט נישט אויס גענוי ווי דער אנדערער און זיכער טראכט נישט איינער ווי דער צווייטער.


ביי איין פארפאלק איז דער מאן פייער און די ווייב וואסער, און ביי איינעם איז פארקערט - זי איז פייער און ער איז וואסער, שלימות איז ווען ביידע ווילן איין זאך, אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינדס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן אז איר האט א מאן א תלמיד חכם מיט גוטע מידות, א ירא שמים, און ער זארגט פאר אייער שטוב פאר די פרנסה. איר זאלט ווייטער מתפלל זיין אויף אלעס וואס איר דארפט און געדענקט וואס דער תם פלעגט זאגן פארן חכם ווען דער חכם האט אים געוואלט אויפדרינגען אז ער קען נישט צו קומען צו זיין זאך, ער פלעגט אים ענטפערן מיט תמימות ופשיטות: "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, קען זיין מיט איין אויגן בליק אז איך זאל צו קומען צו דיין זאך", ווייל מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - זאל איך זיין דער מחותן ביי מיין שוועגערינ'ס חתונה?
שידוכים, שלום בית, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום אלעמען ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מחי' אונזער גאנצע שטוב, די חיזוק קומט אויך אן ביז אהער דא מעבר לים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין און מחזק זיין אידישע קינדער.


און יעצט צו מיין שאלה. מיין שוועגערין, מיין ווייב'ס שוועסטער, איז א כלה געווארן למזל טוב, אבער אן די עלטערן, זיי האבן איר נישט געוואלט א כלה מאכן, און יעצט איז געווען די תנאים און מ'האט מיר געבעטן צו זיין ווי דער מחותן מצד הכלה, וויל למשל אריינצושרייבן אין די תנאים אלס 'עומד מצד הכלה', ווי אויך איבערצוגעבן דעם זייגער פאר'ן חתן אנשטאט מיין שווער. נאכדעם וועט קומען די חתונה וואו איך וועל דארפן אונטערפירן אונטער די חופה.


איך ווייס נישט וואס צו טון, פון איין זייט בין איך בכלל נישט באקוועם צו שפילן מחותן, איך האב בעסער ליב צו זיצן אין א ווינקל, אבער פון די אנדערע זייט איז א גרויסע רחמנות אויף זיי, ווייל עס איז נישטא ווער ס'זאל אונטערפירן וכו'.


איך פיל ווי איך ווער צעקוועטשט פון אלע זייטן און איך ווייס נישט וואס צו טון. ווי איך וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה  קען שרייבן אפאר ווערטער פאר מיין ווייב תחי', ווייל זי ווערן זייער צעטראגן יעדעס מאל ווען עס קומט א שמחה אין איר משפחה, צוליב די שווערע מצב ביי אירע עלטערן.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט מצות שמחת חתן וכלה זאלסטו עס טון מיט די גרעסטע שמחה, געדענק וואס דער אייבערשטער זאגט (תנחומא ראה, סימן יח): "אִם אַתָּה מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלְּך", אויב דו וועסט פרייליך מאכן מיינע צעבראכענע קינדער וועל איך דיר פרייליך מאכן.


אסאך מאל קומט אויס אז געשוויסטער דארפן אליינס חתונה מאכן די קינדער, ווען מען זעט ווי די עלטערן לאזן זיי עלטער ווערן וכו'. אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (שו"ת מהרי"ק סימן קסו, וכן נפסק להלכה ברמ"א, יורה דעה סוף סימן ר"מ) אז ווען א קינד זעט אז זיינע עלטערן מאכן אים נישט קיין שידוך דארף מען נישט אויסהערן וואס די עלטערן זאגן נאר זיך אליינס חתונה מאכן. פארשטייט זיך אז מען דארף זיך פארבינדן מיט א רב וכו' און זיך אליינס חתונה מאכן.


דערפאר אז דיין שוועגערין איז יעצט א כלה געווארן למזל טוב און דיין שווער און שוויגער ווילן זיך נישט באטייליגן אין זייער שמחה וכו', מען בעט דיר אז דו און דיין ווייב זאלן זיך אהער שטעלן ווי די מחותנים און אונטער פירן חתן כלה אונטער די חופה, זאלסטו כאפן די מצוה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויפן פסוק (שמות יב, יז): וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת – "אַל תְּהִי קוֹרֵא אֶת הַמַּצּוֹת, אֶלָא אֶת הַמִּצְווֹת", פונקט ווי מען טאר נישט לאזן א מצה שטיין ווייל עס קען ווערן חמצ'דיג, אזוי אויך זאל מען נישט לאזן די מצוות שטיין עס זאל חמצ'דיג ווערן, "אֶלָא אִם בָּאָה לְיָדְך, עֲשֵׂה אוֹתָהּ מִיָּד", אויב עס קומט דיר אונטער א מצוה זאלסטו עס גלייך טון.


דו שרייבסט מיר אז די האסט ליב צו זיצן אין דיין ווינקל און עס איז דיר נישט באקוועם צו שפילן מחותן. איך פארשטיי דיר זייער גוט ווייל איך האב דאס זעלבע זאך ווי דיר. איך בין געקומען קיין ברסלב צו זיצן אין די זייט, איך האב זיך מחי' געווען די ערשטע פאר יאר ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש, איך האב מיט קיינעם נישט גערעדט און איך האב מיט קיינעם נישט געהאט, עס האט מיר נישט אינטערעסירט קיין שום נייעס פון היכל הקודש, איך בין בלויז געקומען הערן די חיזוק פון מוהרא"ש און דאס מקיים געווען. דאס איז געווען מיינע שענסטע יארן וכו', אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט; מוהרא"ש האט מיר געהייסן עפענען א ישיבה און געבן דרשות וכו' וכו' טו איך דאס מיט די גרעסטע שמחה.


יעדן טאג טראכט איך: 'הלואי ווען איך קען ווען זיצן פאר מיר אזוי ווי אמאל אין מיין ווינקעלע לערנען און דאווענען וכו''; אבער אז דער אייבערשטער וויל אנדערש דארף מען אלעס אוועק לייגן צו טון דעם רצון ה'.


הער אויס די דרשות פון סאטמער'ער רבי זכותו יגן עלינו וואס ער האט געזאגט פורים (עס איז געדרוקט אין חידושי תורה, פורים); דער רבי פלעגט טרינקען זיבן כוסות וויין און נאכדעם האט ער געוויינט וכו', ער פלעגט זאגן: "איך בין אזוי מקנא א פשוט'ער איד וואס קומט אין שול יעדן צופרי לערנען און דאווענען, וואס זאל איך טון אז עס איז אויף מיר נגזר געווארן צו זיין באשעפטיגט מיטן רבים, אבער אז דאס איז דער רצון ה' וועל איך דאס טון וכו'".


זאג פאר דיין שוועגערין אז דו וועסט זיין דער "עומד מצד הכלה". געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "ובִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ"; סתם אזוי ביסטו טאקע גערעכט. א מענטש דארף זיצן אין זיין ווינקל, אבער אז עס איז נישט דא קיין טאטע מאמע זאלסטו זיך אהער שטעלן ווי דער מחותן און דיין ווייב ווי די מחות'נסטע, וועסטו זוכה זיין צו וואס דער אייבערשטער זאגט (תנחומא ראה, סימן יח): "אִם אַתָּה מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלְּך", אויב דו וועסט פרייליך מאכן מיינע צעבראכענע קינדער וועל איך דיר פרייליך מאכן.


די כלה געבט די זייגער פארן חתן, נישט דער טאטע.


 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן א פאר חיזוק ווערטער, ווייל עס טוט אייך וויי יעדעס מאל עס איז דא א שמחה ביי אייער משפחה און אייערע עלטערן ווילן נישט מיט האלטן וכו'.


איך פארשטיי אייך זייער גוט אז עס טוט אייך זייער וויי אז אייערע עלטערן באטייליגן זיך נישט ביי די שמחות פון זייערע קינדער; יעצט איז אייער שוועסטער א כלה געווארן למזל טוב און זיי ווילן נישט קומען צו די תנאים און צו די חתונה, און דאס טוט אייך זייער וויי.


פון אייער זייט זאלט איר זען צו מכבד צו זיין אייערע עלטערן; כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן זאגט דער אייבערשטער (קידושין לא:): "איך רעכן דאס ווי מען איז מיר מכבד און איך וועל מאכן רוען די שכינה אין זייער שטוב"; איר זאלט ווייטער רעדן מיט אייערע עלטערן, זיי פארציילן שיינע זאכן פון אייערע קינדער, טראכטס אויס זיסע מעשה'לעך וואס זיי צו דערציילן וכו', אבער פון דער אנדערע זייט דארפט איר זיך ארויס שטעלן צו העלפן אייער שוועסטער צו זיין פאר איר ווי א מאמע, זי איז יעצט א כלה געווארן און זי דארף אסאך חיזוק.


וויפיל עס טוט אייך וויי אז אייערע עלטערן זענען אזוי פארמאכט און זיי ווילן נישט מיט האלטן די חתונה און די תנאים טוט עס איר נאך אסאך מער וויי. ווייל זי איז נאך יונג און זי ווייסט נאך נישט ווי אזוי מען נעמט אויף די סארט זאכן, זי ווערט צעריסן פון אלע זייטן. פון איין זייט וויל זי טון די ווילן פון טאטע מאמע אבער פון די אנדערע זייט אז רבנים האבן איר געזאגט זי זאל מאכן איר שידוך האט זי געדארפט טון וואס די תורה הייסט.


עס זענען דא אסאך משפחות וואס האבן דעם פראבלעם וואס איר גייט אריבער, עס זענען דא עלטערן וואס קענען נישט ארויס געבן זייערע קינדער וכו', יעדער מיט אנדערע תירוצים. איינער זוכט אן איידעם משה רבינו אליין און א צווייטער זוכט א שניר ווי אסתר המלכה; וואס געשעהט? די קינדער גייען אריבער שווערע יסורים ווייל זיי ווילן חתונה האבן אבער זיי קענען נישט.


מיר דארפן מכבד זיין די עלטערן ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן. און אז דער אייבערשטער הייסט חתונה האבן דארף מען חתונה האבן; אייער שוועסטער האט זייער גוט געטון וכו'.


דערפאר דארפט איר זיך אנגארטלען און זיין זייער שטארק צו זיין פאר איר ווי א מאמע. זאגט פאר אייער שוועסטער אז זי זאל זיך נישט זארגן, ווייל ביז די חתונה איז נאך דא אסאך צייט, מען קען נאך אסאך דאווענען אז אלעס זאל זיך איבערדרייען צום גוטנס און די עלטערן זאלן קומען ווי נארמאל, אבער אז זיי וועלן נישט אנקומען וועט איר אונטער פירן ווי א מאמע וכו'.


אין דעם זכות וואס איר וועט פרייליך מאכן די כלה וועלן ענק זוכה זיין צו נחת פון די קינדער, אמן.


 

#11 - מיין מאן דאווענט נישט מיט מנין, וואס קען איך טון?
שלום בית, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך טאג טעגליך, דאס איז מיר זייער מעורר און מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער מאן וואס דאווענט נישט מיט מנין, ער גייט אין כולל אין א ווייטע פלאץ, און דעריבער דארף ער אויפשטיין פרי צו קענען אנקומען צייטליך, דאס מאכט אים אז ער זאל דאווענען אינדערהיים יעדן טאג ביחידות, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


און איך זע אז אפילו אין די טעג ווען ער דארף נישט גיין אין כולל, האט ער שוין אויך נישט די געפיל צו גיין דאווענען מיט מנין.


מען האט מיר אויסגעלערנט אז א ווייב איז נישט קיין משגיח, און זי דארף נישט מוסר'ן דעם מאן, פון דעסט וועגן שטערט מיר דאס זייער שטארק, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען אים העלפן אויף א שיינעם וועג.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון גיין אין שול דאווענען מיט מנין וואלט מען אלעס געטון צו קענען דאווענען מיט מנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאווענט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך שטייט נאכדעם (תהלים עח, לח): "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאווענט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דאס וואס מענטשן זענען מזלזל אין דאווענען מיט מנין נעמט זיך פון דעם ווייל מען ווייסט נישט דאס גרויסקייט דערפון און מען טראכט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל נישט גיין אין שול און איך וועל דאווענען ביחידות וכו'?' אבער עס איז נישט אזוי, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; דערפאר דארף מען זיך זייער אנשטרענגען צו גיין יעדן טאג אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך.


א פרוי דארף טאקע נישט זיין קיין משגיח אויפן מאן וכו', אבער עס איז זיכער אז די פרוי דארף מחזק זיין איר מאן און אים מעודד זיין אז ער זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די מענער באקומען שכר פארן לערנען, אבער די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון כולל וכו'"; זעט מען אז א פרוי וואס העלפט איר מאן זיין גוט און וואויל וועט זוכה זיין צו באקומען שכר אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת, וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה. אָמְרוּ: אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא כְּלוּם. עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַך זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דערפאר זאלט איר מחזק זיין אייער מאן ער זאל גיין אין שול; א פרוי וואס געבט אסאך ליבשאפט פאר איר מאן, אפילו אויב זי וועט אים זאגן: "גיי דאווען", "גיי לערנען" וועט דער מאן דאס אנעמען. אבער אויב די פרוי איז נאר דא צו זיין א שוטרת, זי איז דא נאר פאר ביקורת און זי הערט אים נישט אויף צו קריטיקירן, דעמאלט ווערט א פייער. אז מען לעבט באהבה ושלום איז נישט געפערליך אז די פרוי העלפט איר מאן זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל הערשן אהבה ואחוה ושלום וריעות ביי אייך אין שטוב.

#10 - נאך די חתונה דארף מען אפלאזן די עלטערן?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך א חתן געווארן למזל טוב, און מיר גרייטן זיך מיט פרייד צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר ערקלערן פשט אינעם פסוק "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", למעשה בין איך נאך יונג, איך דארף נאך צוקומען צו די הילף און הדרכה פון מיינע עלטערן, וואס איז פשט פון דעם אז נאך די חתונה דארף מען אפלאזן די עלטערן און זיך באהעפטן נאר צו די ווייב?


יישר כח פאר אייער צייט.


שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.


יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שבע ברכות אין ישיבה, פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה ארום רעדן פון דעם פסוק וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפ זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם, חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א) "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", אויב אזוי וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה לאזט אפ אייערע עלטערן? נאר דאס מיינט מען צו זאגן, מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן. יעדע חתן כלה, ווען מען האט חתונה, נעמט אביסל צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, ווייל יעדער איינער קומט פון אן אנדערע סארט שטוב, סיי די חתן סיי די כלה קומען מיט אנדערע סארט מנהגים, אנדערע קפידות, אנדערע געפירעכצער, און עס נעמט צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, און מען ווערט לבשר אחד.


א פאר-פאלק דארף וויסן ""עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מיש נישט אריין דיינע עלטערן אין דיין לעבן, רעד זיך נישט אפ פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין, אבער עס נעמט צייט. מיש נישט אריין דיינע עלטערן, קרעכץ נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס, מען ברענגט זיי נאר נחת. און אפילו ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן. די עלטערן האבן שוין גענוג געהאט אין זייער לעבן, זיי זענען שוין גענוג אריבער וכו', יעצט איז זייער צייט צו שעפן נאר נחת.


אויב עס איז דא חלוקי דעות וכו', גייט מען צו אן ערליכער איד, ער זאל מחזק זיין דעם פאר-פאלק, און זיי ווייזן ווי אזוי מען קען לעבן בזה העולם אין גן עדן וכו'.


ווען חתן כלה האבן חתונה דארפן זיי זייער אכטונג געבן ווייטער מכבד צו זיין זייערע עלטערן. היינט איז זייער גרינג צו מקיים זיין כיבוד אב ואם, אפילו ווען מען וואוינט אין אן אנדערע שטאט פון די עלטערן קען מען זיי רופן יעדן טאג און שמועסן מיט זיי אויפן טעלעפאן.


איך האב געהערט פון תלמידים וואס האבן געלערנט יארן לאנג ביי מוהרא"ש, אז די ערשטע זאך נאך שחרית פלעגט מוהרא"ש רופן זיין טאטע, דאס איז געווען די ערשטע זאך ביי מוהרא"ש.


מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן צו עלטערן; פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטע זאכן, מען באדאנקט זיך פאר זיי, מען דערציילט ווי שיין דער לעבן איז, ווי גוט אלעס איז וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.


א פרייליכן שבת.


 


 

#9 - זאל איך גיין צו קורסעס פון שלום בית און חינוך?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע יאר וואס איך לערן ביי א חשוב'ע פרוי שיעורים וועגן חינוך ילדים, שלום בית, און נאך כל מיני זאכן וועלכע קענען ארויס העלפן צום לעבן און האבן מיר זייער אסאך צוגעגעבן. אלעס לויט די תורה, אן קיין שום מקורות פון פרייע/גויים וכו'.


פון ווען איך האב אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים בין איך געגאנגען ווייניגער, ביז איך האב אינגאנצן אויפגעהערט צו גיין.


יעצט נאך סוכות האט זי אנגעהויבן א קורס פאר אזעלכע וואס ווילן אליין איבערגעבן שיעורים, זיי אויסלערנען מקורות און נאך זאכן ווי אזוי צו איבערגעבן אויפ'ן בעסטן אופן.


מיט די צייט וואס מער איך הער אייערע שיעורים, האב איך ביי מיר געטראכט אז איך גיי נישט, איך האב זייער אנגענומען פון אייך אז מיט תפילה, אמונה, און תמימות ופשיטות קען מען צו אלעס צוקומען, מען דארף נישט גיין לערנען און אויסגעבן אזויפיל געלט אויף דעם.


איך בין אבער נישט זיכער אז איך בין גערעכט, אפשר דארף איך יא גיין לערנען? אפשר וועט עס מיר יא צוגעבן צו מיין לעבן? ווי אויך צו העלפן אנדערע?


אזוי ווי די גאנצע שינוי אין מיין מחשבה איז געווארן אין זכות אייערע שיעורים, בעט איך אייך, אפשר וועט איר קענען מיר ארויסהעלפן מיט א ריכטיגע עצה/וועג אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א מענטש וויל גיין לערנען ביי איינעם תורה אדער הדרכה אין לעבן וכו', דארף ער קוקן צו דער רבי/מלמד איז אן ערליכער איד, צי ער גייט מיטן שלחן ערוך; ווי נאר איינער טרעט אפ פונעם שלחן ערוך דארף מען גלייך אנטלויפן פון דארט, בפרט ווען איינער קומט נאך מיט קבלה פשעטלעך וואס מיט דעם קען מען זייער גרינג פארנארן מענטשן וכו'.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה פון רבי'ן אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי געזאגט: "איר קענט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט איר קענט זאגן אלע פשטים אויף מיינע תורות) בתנאי אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים בתורה אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר אינגעלייט אין שלום בית אדער אין חינוך, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.


דערפאר, אז עס ציט אייך צו הערן שיעורים, און איר שרייבט מיר אז זי איז אן ערליכע פרוי, דארפט איר זיך נישט צוריק האלטן פון גיין הערן אירע שיעורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ חָכָם הַלּוֹמֵד מִכָּל אָדָם", ווער איז א חכם? דער וואס לערנט פון יעדן איינעם גוטע זאכן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קיט, צט): "מִכָּל מְלַמְּדֵי הִשְֹכַּלְתִּי".


וויסן זאלט איר, ווען דער יצר הרע זעט אן ערליכער איד אדער אן ערליכע אידענע, וואס ער איז נישט מצליח זיי אראפ צו ווארפן אין עבירות רחמנא לצלן, קומט ער צום ערליכן איד מיט א צווייטע וועג - ער ברענגט אריין אין אים כל מיני בלבולים און ספיקות וכו', אזוי צעמישט ער אים אינגאנצן. 'עמלק' באטרעפט פונקט ווי 'ספק'. דאס איז זיין גאנצע קונץ, צו נעמען א מענטש וואס פירט זיך אויף ערליך און וואויל, אים צו צעמישן, ער זאל זיך אויפעסן דאס געזונט און טראכטן א גאנצן טאג: "טו איך גוט?" "טו איך ריכטיג?"


דערפאר דארף א מענטש אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל האבן א שטארקע אמונה און נישט לעבן מיט ספיקות ובלבולים; דער הייליגער אריז"ל זאגט אז די ראשי תיבות פון (דברי הימים-א כט, י): "וַ'יְבָרֶך דָ'וִד אֶ'ת י'" איז "ודאי"; ווען א מענטש איז ביי זיך זיכער אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ער איז זיכער אז דער אייבערשטער הערט אים אויס, דעמאלט איז ער זוכה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, איז ער זוכה איז ער ווערט זיכער ביי זיך אז ער טוט גוט און אז ער קען אלעס פאררעכטן.


ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", האט דער רבי געזאגט: "דער ערשטער תיקון איז - נישט איבערטראכטן", ווייל דאס איבערטראכטן און זיך אויפעסן צי מען האט גוט געטון צי נישט, דאס צעקלאפט דעם מענטש זייער שטארק.


דארפאר אז איר שרייבט מיר אז עס וועט אייך צו געבן אין לעבן אסאך חיזוק, און ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, דארפט איר זיך נישט מבלבל זיין וכו'; אויב איר שפירט אז איר וועט קונה זיין פון די שיעורים וואס די פרוי לערנט וכו', זאלט איר גיין און הנאה האבן.


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.

#8 - מיין ווייב איז זייער נעגעטיוו
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע בריוון און שיעורים וואס זענען מיר זייער שטארק מחזק, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז איך לערן תורה יעדן טאג און איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג, און דאס אלעס איז אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן!


די שיעורים פונעם ראש ישיבה געבן מיר די כח צו קענען אנגיין אין לעבן, איך גיי דורך אסאך שוועריקייטן, איך זאג עס קיינמאל נישט פאר'ן ראש ישיבה, אבער נאר די שיעורים וואס איך הער שוין 10 יאר, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין.


מיין ווייב איז זייער negative און זי האט bipolar, זי קומט פון זייער א negative שטוב, וואו מען רעדט אסאך קעגן מיר, איך האלט זיך אבער מיט אייזערנע כוחות זיך צו האלטן אייביג רואיג, מיין ווייב זאגט מיר טאקע אז זי האט קיינמאל נישט געהערט קיין הויך ווארט פון מיר, מיר האבן נאר א פראבלעם מיט געלט און חובות. ב"ה אז איך האב צוויי לעכטיגע קינדערלעך און מיין ווייב האט ב"ה א דזשאב.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


עזריאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד עזריאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, 


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קב): "הַמַּאֲמִין בַּה', חַיָּיו טוֹבִים מְאֹד. כִּי אֲפִלּוּ כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו חַס וְשָׁלוֹם אֵיזֶה צָרָה רַחֲמָנָא לִצְלָן, אֲזַי הוּא גַּם־כֵּן יָכוֹל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי בּוֹטֵחַ בַּה' כִּי הַכֹּל לְטוֹבָה", א מענטש וואס לעבט מיט אמונה האט א גוט לעבן; ווייל אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ווייסט ער אויך אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, ער פארלירט זיך נישט ווען עס גייט נישט אזוי ווי ער וויל, נאר ער נעמט אן אלעס לטובה.


מוהרא"ש זאגט אז יעדער מענטש האט קשיות אויפן אייבערשטן, אנגעפאנגען פון א בחור וואס פרעגט: "פארוואס האב איך נאך נישט קיין שידוך?" א אינגערמאן פרעגט: "פארוואס האב איך דוקא אזא ווייב?" אבער וואויל איז דעם מענטש וואס איז זיך מבטל פארן אייבערשטן, און ער גלייבט מיט אמונה שלימה אז דער אייבערשטער ווייסט בעסער ווי אים וואס איז גוט פאר אים, און ער גלייבט אז 'אויב האב איך נאך נישט מיין שידוך איז דאס גוט פאר מיר', און 'אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא ווייב איז דאס גוט פאר מיר, און איך דארף פרובירן מיט אלע מיינע כוחות צו טרעפן דאס גוטס אין איר'.


איך בעט דיר זייער, זאלסט נישט מיינען קיין איין רגע אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן פון דיר, אדער א צווייטער האט א בעסערע ווייב ווי דיר - דאס איז א גרויסער דמיון, ווייל אז דו קענסט זיך נישט אויסקומען מיט די פרוי וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן, וואלסטו זיך זיכער נישט געקענט אויסקומען מיט א צווייטע פרוי וואס דו מיינסט אז זי איז גוט פאר דיר.


דער יצר הרע האט פיינט א מענטש, ער וויל אים הרג'ענען און צונעמען זיין לעבן; ער מאכט אז דער מענטש זאל נישט זיין צופרידן פון זיין לעבן, פון זיין ווייב און פון זיינע קינדער. ער רעדט איין פארן מענטש אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן, א בעסערע ווייב, בעסערע קינדער, א בעסערע דזשאב וכו'. עס איז דא א ווארט אין קבלה שפראך "עֵירוּב טוֹב וְרַע"; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז אלע הויכע ווערטער איז פאר אונז געזאגט געווארן, און מיר קענען עס פארשטיין. "עֵירוּב טוֹב וְרַע" מיינט, אז ווען אדם הראשון האט געגעסן פונעם "עץ הדעת" איז געשען א "עֵירוּב טוֹב וְרַע", אז יעדער מענטש מיינט: 'ביי מיר איז שלעכט, און ביי יענעם איז גוט'; מען מיינט אז די "טוב" איז ביי יענעם, און דער "רע" איז ביי מיר. אנשטאט מען זאל טראכטן אז ביי מיר איז ברוך השם גוט, און ביי יענעם ווייס איך נישט, און איך וויל נישט וויסן; טראכט מען די גאנצע צייט: 'פארוואס ביי מיר איז נישט גוט?' 'פארוואס האב איך באקומען אזא ווייב וכו'?' אנשטאט מען זאל זיין פרייליך, און לויבן דעם אייבערשטן אויף וואס מען האט, און אויף וואס מען האט נישט – מחלות און שוועריקייטן וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט רחמנא לצלן.


א ברסלב'ער חסיד גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל, ער טאנצט און זינגט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. איך האב געהערט פון א ברסלב'ער איד, א תלמיד "היכל הקודש" א מורא'דיגע ווארט; עס איז דא אן אויסדרוק וואס מענטשן זאגן: "אלעס אינאיינעם, איז נישט דא ביי קיינעם", האט ער געזאגט: "אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם, אויסער ביי איינעם; ביי מיר", און ער זינגט דאס מיט זיין ווייב און קינדער און פאר זיינע חברים; וואס זאל איך דיר זאגן, עס האט אלע חן אויף דער וועלט ווען א מענטש וואס קען קוים דורך שטופן די וואך, און קוים וואס ער האט אויף שבת צו מאכן, און מיט דעם אלעם גייט ער ארום אזוי פרייליך, און זינגט: "אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם, אויסער ביי איינעם; ביי מיר".


דערפאר זע אויך צו זינגען דעם ניגון: "אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם, אויסער ביי איינעם; ביי מיר" - וועסטו האבן אלעס גוטס. ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: "קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוט מיינט", און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכט מיינט".


איך בעט דיר, זיי פרייליך מיט דיין ווייב וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן; געדענק ווען דו ביסט געווען א בחור האסטו נישט געוואלט לעבן, האסט נאר געוואלט חתונה האבן, יעצט האסט ברוך השם שוין חתונה געהאט, און דו האסט צוויי לעכטיגע קינדער, זיי פרייליך! טראכט נישט: "מע, מיין ווייב איז א שלעכטע, א עקלדיגע וכו', זי איז נעגעטיוו וכו'", זוך אויף ווי דו קענסט טרעפן אין איר א נקודה טובה, און זיי איר דן לכף זכות. מען גייט שוין באלד אהיים, און עס איז א שאד פאר די פאר יאר וואס מיר לעבן, אז מיר זאלן זיך קריגן און בלאזן איינער אויפן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - דער סמארט פאון וועט דיר הרג'ענען דיין לעבן
שלום בית, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

דער בריוו איז מעורר א אינגערמאן אז ער זאל זיך אפלאזן פון זיינע שלעכטע חברים און נישט האבן קיין סמארט פאון, ווייל דאס וועט אים נאר הרג'ענען זיין שלום בית און זיין גאנצער לעבן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב איז צוגעקומען צו מיר אינמיטן גאס, און זי הייבט אן רעדן צו מיר; זי פלאצט אויס אין א געוויין, און זי הייבט אן שרייען: "ראש ישיבה, ראטעווע מיר, עפעס האט פאסירט מיט מיין מאן; ער האט שלעכטע חברים, ער האט זיך געקויפט א סמארט פאון", און זי וויינט און וויינט... איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, ווייל פון איין זייט ווערט גע'פסק'נט (רמב"ם פרק ה' מהלכות דעות, הלכה ז): "וְלֹא יְסַפֵּר עִם אִשָׁה בַּשׁוּק, וַאֲפִלּוּ הִיא אִשְׁתּוֹ, אוֹ אֲחוֹתוֹ, אוֹ בִּתּוֹ", א תלמיד חכם טאר נישט רעדן מיט פרויען אויפן גאס, אפילו מיט די אייגענע ווייב אדער שוועסטער, ווייל נישט אלע ווייסן אז דאס איז זיין ווייב, וועט מען אים חושד זיין וכו'; איך האב געוואלט ווייטער גיין, ווייל אויפ'ן גאס איז נישט קיין פלאץ וואו מען הערט אויס וכו', אבער פון די אנדערע זייט האב איך פשוט רחמנות געהאט ווען איך האב געהערט איר געוויין, האב איך איר אויסגעהערט, און איר בארואיגט, אז איך וועל פרובירן צו רעדן צו דיר.


טייערער ..., מיין הארץ וויינט, מיינע אויגן טרערן; וויפיל האב איך אוועק געגעבן פון מיין לעבן פאר מיינע תלמידים, וויפיל שעות, טעג, וואכן, שבתים און ימים טובים האב איך אוועק געגעבן פאר מיינע תלמידים, אלעס נאר אז איר זאלט אויסוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט חתונה האבן און האבן שלום בית; מיט דיר פערזענליך האב איך זייער אסאך געארבעט, איך האב אסאך געדארפט שלינגען און שווייגן, און איך האב זייער אסאך געטון פאר דיר; איך בין געווען דיין שדכן, און איך האב דיר באגלייט טריט אויף שריט - פאר דיין חתונה און נאך דיין חתונה; בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד, פאלג וואס ערליכע אידן זאגן, נעם נישט קיין סמארט פאון, נעם נישט קיין טעלעפאן וואס אלע ערליכע אידן וויינען אויף דעם אז דאס נעמט ארויס יעדע פינטל יראת שמים.


דיין ווייב האט מיר געזאגט וויינעדיג: "ראש ישיבה, איך האב געהאט אזא שווער לעבן אלץ מיידל, איך האב אלע מיינע יארן ארויס געקוקט חתונה צו האבן, און האבן א מאן וואס וועט מיר ליב האבן און געבן ליבשאפט; ראש ישיבה, איך האב עס פארלוירן", זי האט זייער געוויינט און זיך געשטיקט מיט אירע טרערן; זי וויל זיין מיט דיר, זי שפירט אבער אז דו ביסט נישט דער אלטער ..., זי זאגט מיר אז דו האסט נישט גוטע חברים; וואס זאל איך דיר זאגן, א פרוי איז גאר א גוטער מבין אויף איר מאן. די וועלט זאגט: "דער איינציגסטער וואס קען גוט דעם מענטש, איז זיין ווייב".


דערפאר טייערער ..., איך האב געוואלט צוגיין צו דיר שוין אפאר מאל, אבער איך האב געטראכט איך וועל דיר ענדערש שרייבן אפאר ווערטער, וועט עס דיר זיין גרינגער וכו'; הער מיך אויס, הער אויס א ראש ישיבה וואס האט זיך אפגעגעבן מיט דיר בחנם - שלא על מנת לקבל פרס, אלא על מנת שמעפרים אתכם באפר, ומסקלין אתכם באבנים, ומקללין וכו', לאז אפ שלעכטע חברים; דו האסט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דיין ווייב, זי וויל דיין טובה, זי וויל אויפשטעלן א ווארימע שטוב מיט דיר, זי וויל אז דו זאלסט מצליח זיין; ... בְּנִי, אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם, מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם, נעם ערליכע חברים וואס וועלן דיר מחזק זיין צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן.


מענטשן פרעגן מיר פארוואס איך האב אזוי געשריגן פאריגע וואך מוצאי שבת פרשת ראה ביי די דרשה פון מלוה מלכה וועגן סמארט פאונס; וואס קען איך זיי ענטפערן? איין זאך קען איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט זען וויפיל טרערן עס גיסט זיך פון ערליכע אידישע פרויען וואס וויינען צום אייבערשטן, זיי וויינען ווייל זיי ווילן האבן א ערליכע מאן, א ערליכע שטוב, א שטוב מיט ווארימקייט, א שטוב מיט קדושה, וואלט מען מיר געפרעגט פארוואס איך האב אזוי ווייניג געשריגן, פארוואס שרייט נישט דער ראש ישיבה מער וועגן דעם...


דערפאר הער אויס וואס איך זאג דיר טייערער ... נרו יאיר, האב שכל און פאלג וואס ערליכע אידן זאגן, האלט דיך נישט קלוגער פון יעדן איינעם, איך בין גרייט צו רעדן מיט דיר, אדרבה איך וויל דיר מחזק זיין, איך וויל אז דו זאלסט האבן יראת שמים.


איך ווארט אז דו זאלסט מיר ענטפערן וואס דו פלאנסט צו טון; דו קענסט מיר שרייבן א בריוו, אדער קומען רעדן צו מיר פנים אל פנים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#6 - ש'כח פאר אייער ענטפער, איך לייד אבער נאכאלץ פון מיין מאן
שלום בית

תוכן השאלה‎

Thank you so much for your letter! It gives me tremendous chizuk and I will continue to Daven. I did try talking to my husband numerous times and told him I can't take it anymore. When he sees I'm serious about leaving, he promises he will change but it doesn't last for more than a few days and he is back to his old ways. Some nights I just cry from pain and it doesn't touch him one bit. He threatens that if I don't stop crying he will throw me out the window or put tape on my mouth so the neighbors won't hear. He says he is not interested in hearing what's bothering me. Then he calms down the next day and promises change but nothing is long lasting. I begged him that I want to make it work but I need to feel like I have who to work with. He says that I just don't understand where he is coming from (his father doesn't act much different) and he wants to feel like I love him unconditionally no matter how he acts because his parents never did. How is it possible to love such a person? To the outside world he is a nice person and when we come In public he acts like an amazing husband. They say that women have a power to turn things around. In this particular situation how can I do so? After so many empty promises, at what point do I draw the line?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב, און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; וויסן זאלסטו אז פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, וואס זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און אליין חרוב מאכן זייער שטוב; די פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט זייערע כוחות.


א פרוי מיט שכל ווארט אפ איר מאן מיט א שמייכל; זי שרייט נישט אויף אים, נאר פארקערט - זי הייבט אויף זיין מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער. בפרט ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה און ארבעט שווער, ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל ווען ער קומט אהיים אפגעמוטשעט, אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, די הייליגע חכמים דערציילן אז די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, און ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט וכו' וכו', וואס האבן געטון די פרויען - די נשים צדקניות? זיי זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיטגעברענגט וואסער, און יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש אין זייער קריגל, און דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל. זעט מען די כח פון אידישע פרויען וואס אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים, און אין זייער זכות וועט משיח קומען.


ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב איז גוט צו אים, זי שמייכלט צו אים און זי ווייזט אים ליבשאפט, וועט ער צוריק ווייזן ליבשאפט, און ער וועט טון אלעס פאר זיין ווייב. דער פראבלעם איז אז יעדער ווארט אז דער צווייטער זאל קודם אנהייבן צו ווייזן ליבשאפט, יעדער ווארט צו זען ווער עס הייבט אן קודם צו געבן גוטע ווערטער  - אפילו מען איז נאך פארווייטאגט וכו', די ווייב ווארט אז דער מאן זאל אנהייבן רעדן שיין צו איר, זי טראכט 'אויב מיין מאן וועט רעדן שיין צו מיר, און ער וועט מיר איבערבעטן, דעמאלט וועל איך אים געבן ליבשאפט'; באמת איז זי גערעכט, ווייל אזוי וואלט טאקע געדארפט זיין, אז דער מאן זאל זיין דער וואס בעט איבער און מאכט פרייליך זיין ווייב. און דאס זעלבע איז פארקערט, דער מאן ווארט אז זיין ווייב זאל אים ווייזן ליבשאפט, ער טראכט 'אויב איך וועל אהיים קומען און מיין ווייב וועט זיין שיין אנגעטון, און מיך אפווארטן אזוי ווי שנה ראשונה, מיט א שמייכל וכו' וועל איך זיין גוט צו איר', למעשה שטעלט זיך אויס אז ביידע ווארטן און ווארטן, און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים וואס מען לעבט אפ א לעבן מיט שנאה איינער צום אנדערן.


ווען די פרוי וואלט באמת געוואלט האבן א גוט לעבן, וואלט זי אינוועסטירט אביסלע; זי וואלט ארויס געגאנגען פון איר וועג, און מיט איר חכמה איבערגעדרייט איר מאן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תמיד לב:) אז דער גרויסער קיסר אלכסנדר מוקדן איז אמאל אנגעקומען צו א שטאט פון פרויען, און ער האט געוואלט מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי האבן מיט זייערע חכמה אים איבערגעבעטן, זיי האבן אים געמאכט א שיינע קבלת פנים, און אים געברענגט שטיקער גאלד, אפילו די ברויט איז געווען פון גאלד, און דאס האט גורם געווען אז ער האט זיי אפגעלאזט און נישט מלחמה געהאלטן מיט זיי; ווען ער איז אוועק געגאנגען פון דארט, האט ער געהייסן אויף שרייבן אויפן טויער פון שטאט: "אַנָא אֶלִכְּסַנְדְרוּס מוֹקְדוֹן הֲוֵיתִי שַׁטְיָא, עַד דְאִתֵיתִי לִמְדִינַת אֲפְרִיקִי דִנְּשַׁיָא, וִיְּלִּיפַת עֵצָה מִן נְשַׁיָא", איך אלכסנדר מוקדן בין געווען א שוטה ביז איך האב געטראפן די קלוגע פרויען, און זיך געלערנט פון זיי ווי אזוי צו זיין קלוג"; זעט מען פון דעם, אז אויב מען האט סבלנות, און מען איז גרייט צו ארבעטן, און אויס ווארטן, קען מען איבער דרייען אפילו דעם שטערקסטן מענטש.


דערפאר זאלסטו זיך אנשטרענגען צו מחזק זיין דיין מאן און אים ווייזן ליבשאפט, און דו וועסט זען ווי אזוי ער וועט דיר צוריק ווייזן ליבשאפט; שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אזוי איז דער מאן מיט זיין ווייב - ווי אזוי מען פירט זיך אויף צו יענעם, אזוי פירט מען זיך צוריק מיט דיר.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן ביי הדלקת הנרות: "רבונו של עולם, איך בעט דיך זייער, העלף מיר, און געב מיר קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן און נאר טון דיין ווילן, געב מיר קינדער וואס וועלן לערנען, קינדער וואס וועלן דאווענען און זיך פירן ערליך. רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און איך זאל האבן א פרייליכע שבת. העלף מיר אז מיין מאן זאל זיין גוט צו מיר און איך זאל זיין גוט צו אים, מיר זאלן זיך ליב האבן, און מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין. הייליגער באשעפער קוק צו מיין צעבראכענע הארץ, איך וויל א ערליכער מאן, מיין מאן זאל רעדן שיין צו מיר, און ער זאל האבן א געפיל צו מיר. ער זאל גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, און ער זאל לערנען די הייליגע תורה, הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל מצליח זיין בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, און בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן". און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל תפילות וואס מען זאגט אויף די אייגענע שפראך, און תפילות וואס מען בעט פאר זאכן וואס טוט וויי, איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - מעג מען זאגן ליקוטי תפלות אום שבת? און איך זע נישט אז משניות זאל מיר העלפן אין שלום בית.
שלום בית, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה''ג מזכה את הרבים ר' יואל ראטה שליט''א


קודם וויל אייך באדאנקן פאר אייערע חיזוק שיעורים, און הערליכע ניגונים.


שאלה א', אין ספר ליקוטי תפלות איז דא אסאך תפלות אויף עניני גשמיות, איז מיין שאלה צי מען מעג עס אויך זאגן שבת ווייל עס איז נישט געשמאק אויסצולאזן ווען מען זאגט די תפילות כסדר. אין די פוסקים - לויט וויפיל איך ווייס - איז נישט אזוי קלאר די הלכה. און לאמיר זאגן אז מען טאר נישט, צי וועט העלפן היפך כוונה נישט יוצא צו זיין די מצוה פון תפלה, אדער גאר אינזין האבן אז די תפלה זאל חל זיין נאך שבת. און וואס וועט זיין אויב מען האט דאס אינזין ווען מען זאגט די תפלות ביי אלקי נצור צי עס וועט הייסן א הפסק.


שאלה ב', לגבי שלום בית, איינער וואס בעט יעדן טאג דעם רבונו של עולם, אפילו עטליכע מאל א טאג, ער זאל האבן שלום בית, און ער האט שוין אויסגעזאגט כמה פעמים ששה סדרי משנה (וואס ער האלט עס אן צו זאגן וויבאלד ער האט אויך א ציל פון יענע וועלט אפילו ער זעט נישט אזעלכע גרויסע שינויים וואס צוליב דעם האט ער אנגעהויבן צו זאגן משניות), און ער איז שוין געווען ביי רבנים און טעראפיסטן און געהערט מערערע שיעורים און געקוקט מערערע ספרים פון שלום בית, און דאך האט ער נישט קיין שלום בית, און ווען ער האט יא האלט עס נישט אן צו לאנג, און ער האט שוין גרעסערע קינדער, איז די שאלה ווי לאנג זאל ער אנהאלטן אזוי צו ליידן? איז דאס די רצון השי''ת צו בלייבן און ליידן אדער זיך צוטיילן?


יישר כח פאר'ן אוועקגעבן אייער טייערע צייט צו ענטפער'ן די שאלות.


 יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג זאגן ליקוטי תפילות אום שבת וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז שבת מעג מען זאגן ליקוטי תפילות, און אויך מעג מען זיך מתוודה זיין שבת בשעת מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ווייל עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, און ער שפירט זייער גוט נאכדעם ווען ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער, און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; און ברסלב'ער חסידים פירן זיך צו זאגן ליקוטי תפילות שבת, און זיך מתבודד זיין און אלעס אויסדערציילן פארן אייבערשטן.


שטארק דיך ווייטער בלימוד משניות; עס שטייט אין תיקוני זוהר (הקדמה, ה.) אז די ראשי תיבות פון זְ'רָעִים מ'וֹעֵד נָ'שִׁים נְ'זִיקִין קָ'דָשִׁים טָ'הֳרוֹת, איז "זְמַן נָקַט"; האב איך געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט, אז איינער וואס לערנט משניות האלט די צייט אין די האנט – "זְמַן נָקַט", ווייל ווען ער האט אן איבעריגער מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק, און אזוי נוצט ער אויס זיין צייט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, "ווי אזוי מען קען וויסן אויף איינעם צי ער דרייט זיך אין "היכל הקודש"? אויב זעט מען אים שטענדיג מיט א משניות אין די האנט, איז א סימן אז ער דרייט זיך אין היכל הקודש"


וויסן זאלסטו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן, און אפילו איינער האט א פרוי מיט שווערע נאטורן איז אויך מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען, חז"ל פארציילן (עבודה זרה לט.): "מַעֲשֶׂה בְּאִשָּׁה אַחַת שֶׁנִשֵּׂאת לְחָבֵר, וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ תְּפִילִין עַל יָדוֹ, נִשֵּׂאת לְמוֹכֵס - וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ קִשְׁרֵי מוֹכֵס עַל יָדוֹ", עס איז געווען א פרוי וואס האט חתונה געהאט צו א תלמיד חכם, און זי האט אים געהאלפן אנטון יעדן טאג זיין תפילין, שפעטער האט זי חתונה געהאט צו א גנב, און זי פלעגט אים העלפן מיט זיינע שלעכטע מעשים; זעט מען פון דעם אז א פרוי גייט נאך איר מאן, אז דער מאן ווייסט וואס א פרוי וויל, און ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב - וועט זיין ווייב אים נאכגיין.


דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט פון יעצט אן זיין נאכגעביג, און זיי א "געבער", דו זאלסט נישט אויפהערן צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, איז שוין דא אלע ברכות, און דו וועסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - אין מיין מצב וויל איך נישט בלייבן דא אליין ראש השנה
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה,
צום ערשט וויל איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך מיט מיין מאן האבן אנגעהויבן צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאס האט ממש געטוישט אונזער לעבן צום גוטן.
עס קומט יעצט ראש השנה, און איך ווייס נישט וואס צו טון. מיין מאן וויל פארן אויף אומאן, אבער איך דארף האבן וכו' צוויי וואכן נאך ראש השנה, און איך האב מורא צו בלייבן אליין ראש השנה. איך וויל וויסן אויב דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אפילו מיט מסירת נפש, איז אין דעם אויך אריינגערעכנט אזא מצב?
פון די אנדערע זייט וויל איך יא אז מיין מאן זאל פארן אויף אומאן און אויס'פועל'ן פאר אונז א גוט געבענטשט יאר, און איך ווייס אז ס'קומט זיך אים צו פארן, ער איז דער בעסטער מאן א גאנץ יאר, ער פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי גוט צו מיר.
איך ווייס אליין נישט וואס צו טון, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר געבן אן עצה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב היינט געשריבן א בריוו פאר דיין מאן אז ער זאל נישט קומען דאס יאר אויף ראש השנה קיין אומאן היות דו דארפסט האבן גלייך נאך ראש השנה וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אלעס זאל אריבער גיין גרינגערהייט און געזונטערהייט; דער עיקר זאלסטו זיין רואיג און שטארק ביי דיר אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, און ער וועט דיר העלפן מיט אלסדינג. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה קען מען מער דערהייבן, ווייל מען טראגט נישט קיין דאגות, נאר מען לייגט אראפ אלע דאגות אויפן אייבערשטן; ווען מענטשן וואלטן ווען געלעבט מיט אמונה, געאטעמט אמונה, וואלט געווען ווייניגער פראבלעמען מיט נערוון, ווייל אלע מחלות וואס מענטשן ליידן גייסטיש - קומט מחמת חסרון אמונה.


דעם זונטאג האב איך געהאט א פארקערטע מעשה, א מאן און ווייב זענען געקומען באזוכן זייערע קינדער דא אין קעמפ, זענען זיי אויך געקומען צו מיר זיך באדאנקען; אזוי רעדנדיג זאגט מיר דער אינגערמאן: "דאס יאר קום איך נישט קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל מיין ווייב דארף האבן וכו' גלייך נאך ראש השנה", און זיין ווייב רופט זיך אן הויך: "ניין, דו פארסט יא צום הייליגן רבי'ן, איך דארף ישועות!" און זי הייבט אן וויינען, זי זאגט: "א גאנץ יאר ווארט איך שוין אז מיין מאן זאל פארן צום רבי'ן אהיים ברענגען ישועות", האט איר דער מאן געפרעגט: "וואס וועסטו טון אויב דו דארפסט אריין גיין אין שפיטאל יום טוב, מיט וועם וועסטו גיין?" האט זי געזאגט: "איך וועל מיך שוין אן עצה געבן, איך וויל נישט אז דו זאלסט פארפאסן א ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אלעס זאל דיר אנקומען גרינגערהייט.

#3 - איך לייד געפערליך פון מיין מאן
שלום בית

תוכן השאלה‎

Dear Rabbi Roth, I listen to your speeches and I find them very inspiring. I wish my husband would listen to them too. I have been married for three years and it's been really difficult. My husband yells at me, threatens me, ignores me, and makes fun of me all the time. He is out with friends a lot and when he is home he is busy with social media and movies. He never understood my needs as a wife. He pays the bills and that's where his role as a husband ends. He never goes to shul, not shabbos, not weekday and doesn't Daven or learn. I tried to have people talk to him, he promised them he will change but he never did. I have been davening so much but it seems hopeless. Recently I have been advised by a prominent ruv to leave the marriage since he doesn't show any signs of change spiritually or emotionally, and that I'm too young to suffer for the rest of my life. Being that you do in shalom bayis, do you think there is any hope for my marriage ? Is there any way I can motivate my husband to change? How can I get him to listen to your speeches so he knows how to conduct himself properly? I would really appreciate a response since the situation is desperate. Thank you so much for taking the time to read my letter. May you continue helping more people BS"D.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געהאט גרויס ווייטאג און צער צו הערן וואס דו מאכסט מיט פון דיין מאן; איך קען נישט נעמען א צד ווען איך האב נאר געהערט איין זייט פון די מעשה, און איך האלט אז דו דארפסט רעדן צו אים קלארע ווערטער, זאג אים ארויס קלאר וואס עס באדערט דיר, און אז דו ביסט נישט גרייט צו ליידן דיין גאנץ לעבן; דו ביסט נאך א יונגע פרוי און עס שטייט נישט אין ערגעץ אז א פרוי דארף בלייבן איר גאנץ לעבן א לעבעדיגע עגונה. אויב איז עס טאקע אזוי, אז דיין מאן קומט נישט אהיים, ער פארברענגט זיינע נעכט מיט כלומר'ישע חברים, און ווען ער קומט שוין יא אהיים טשעפעט ער דיר און ער סטראשעט דיר, און ער מאכט חוזק פון דיר, דארפסט זיין מיט אים זייער אפען; רעד צו אים שיין, זאג אים אז דו ביסט גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט צו בלייבן מיט אים, אויב ער וועט זיך פירן ערליך און איידל.


דו שרייבסט מיר אז ווען ער קומט שוין יא אהיים איז ער פארנומען מיט social media און movies; ליידער זענען שוין זייער אסאך שטובער חרוב געווארן פון דעם פארשאלטענעם סמארטפאון, דאס נעמט ארויס יעדעס ביסל יראת שמים און יעדעס ביסל גוטס וואס עס איז דא אין א מענטש. א אינגערמאן וואס דארף האבן זיין טעלעפאן פאר פרנסה איז איין זאך, אבער מען טאר דאס נישט אריין ברענגען אין א אידישע שטוב, ווייל דאס איז א גרויסע סכנה פאר א אידישע שטוב.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי ווייטער מתפלל; בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. אז דו רעדסט בעסער ענגליש און דו קענסט זיך בעסער ארויסברענגען אויף ענגליש, זאלסטו רעדן צום אייבערשטן אויף ענגליש, ווייל ווען מען רעדט אויף די אייגענע שפראך קען מען זיך בעסער ארויס ברענגען, און מען רעדט מער פון הארץ. בעט דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין דיין מאן א רוח טהרה, אז ער זאל איינזען אז דאס איז נישט גוט פאר אים, און ער זאל האבן א געפיל צו דיר, און ער זאל אפלאזן אלע זיינע שלעכטע חברים וכו'.


דו שרייבטס מיר אז דו ביסט אסאך מתפלל אבער דו שפירסט נישט ווי דו קענסט נאך האבן א ישועה; זאג נישט אזוי, ווייל ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך, דער אייבערשטער נעמט יעדע ווארט וואס מען בעט אים, און ער העלפט דעם מענטש, נאר אסאך מאל דארף מען אויס ווארטן אויף די ישועה.


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו ערשטע זאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, נאר זאלסט גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער געבט אכטונג אויף דיר, און ער וועט דיר העלפן, אז דו וועסט האבן א שיינע לעבן איין טאג, דו זאלסט יעדן טאג זיך אויסגיסן דיין הארץ צו אים, בעט אים: "רבונו של עולם, טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, קוק צו מיין פַּיין ווי איך ווער דערנידערט און פארשעמט פון מיין מאן, העלף מיר באשעפער אז מיין מאן זאל אוועק ווארפן זיינע מאוויס, ער זאל אפלאזן זיין ,Social Media און ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין טיפע שלאף, ער זאל אנהייבן צו גיין אין שול, ער זאל אנהייבן זיך צו פירן ערליך; אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל האבן א גוטע לעבן מיט מיין מאן, איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות", איך האב דיר געשריבן די תפילה אין אידיש, אבער אויב דו רעדסט בעסער אויף ענגליש, זאלסטו דאס זאגן אין ענגליש; און בשעת דו צינדסט אן די שבת ליכט, ווען דו לייגסט דיין האנט אויפן פנים, זאלסטו וויינען צום אייבערשטן און אויסרעדן פאר אים אלעס וואס דריקט דיר אויף דיין הארץ, זעץ דיך אראפ ביי די שבת ליכט, און גיי נישט אוועק פון דארט ווילאנג דו רעדסט אויס דיין הארץ, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


אבער איך זאג דיר נאכאמאל, דו דארפסט זיין אפן מיט דיין מאן; קיינער זאגט נישט אז דו ביסט מחויב צו ליידן דיין גאנץ לעבן פון א מאן וואס פארשעמט און סטראשעט דיך, דערפאר בעט איך דיר, רעד מיט אים א שיינע שמועס, ווייל עס איז נישט כדי צו צעברעכן א שטוב אויב מען קען עס נאך ראטעווען, בפרט ווען עס איז דא קינדער.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מיין ווייב וויל גיין צו א טערעפיסט
שלום בית, רפואה

תוכן השאלה‎

פון משה.

לכבוד הראש ישיבה שליט"א
מיין ווייב עקשנ'ט זיך אז זי מוז האבן איינעם מיט וועמען זיך דורכצורעדן, זי וויל גיין זיך דורכשמועסן מיט א טערעפיסט, און איך האלט אז דאס פעלט איר בכלל נישט אויס.
וואס זאל איך טון?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד משה ני"ו


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא אן הלכה אין הלכות יום כיפורים (יומא פג.; אורח חיים סימן תרי"ח, סעיף א) אז אויב א מענטש זאגט אז ער דארף אויספאסטן יום כיפור, אפילו עס שטייען דארט דאקטורים און זאגן אז ער דארף נישט עסן, דארף מען אויס הערן דעם חולה ווייל (משלי יד, ד): "לֵב יוֹדֵעַ מָרַת נַפְשׁוֹ"; דערפאר אז דיין ווייב זאגט אז זי דארף האבן איינעם מיט וועם זיך דורך צו שמועסן, דארפסטו איר העלפן און איר דאס געבן.


עס ווערט גע'פסק'נט (שולחן ערוך אבן העזר הל' כתובות, סימן עט, סעיף א; ו־ג) אז אלע צרכי רפואה דארף דער מאן צושטעלן פאר זיין ווייב; פארשטייט זיך נישט מיט קיין שלעכטע באנעמונג, נאר מיטן גאנצן הארץ.


דערפאר טייערער ברודער, אז דו שרייבסט מיר אז איך האב דיר געהאלפן ביז אהער און דו וויינסט צו מיר אז דו האלסט מער נישט אויס פון דיין ווייב וכו'; בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט זיך אריין לייגן מיט דיין גאנצע הארץ איר צו העלפן, זוך אויף פאר איר א גוטע טערעפיסט, און גיי מיט מיט איר, און העלף איר, ווייל אז זי שרייט און וויינט אז זי דארף הילף, דארפסטו איר דאס געבן.


מי לנו גדול פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט געוויינט און געשריגן אז אויב זיין ווייב וועט נעמען טריטמענטס פאר די ביטערע מחלה רח"ל, וועט מוהא"ש אוועק גיין פון דער וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין; מוהרא"ש האט זיך געבעטן ביי יעדן איינעם וכו' וכו', אבער ווען זי האט זיך איינגע'עקשנ'ט און גע'טענה'ט אז זי וויל דייקא יא נעמען קימא טערעפי, האט מוהרא"ש איר געהאלפן אז זי זאל דאס קענען טון, און נישט סתם געהאלפן, נאר מוהרא"ש ז"ל האט מיר יעדן טאג גערופן צו איך קען צושטעלן א קאר מיט א דרייווער, און עס האט ממש אויס געזען ווי איינער וואס פייט פאר זיין אייגענע לעבן.


דערפאר מיין ליבער טייערער ברודער, יעצט ווען מיר שטייען ערב תשעה באב, ווען מיר קלאגן אויפן חורבן בית המקדש וואס דאס איז געקומען צוליב שנאת חינם (יומא ט:), און חז"ל זאגן (יומא סט:): "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", דארפן מיר זיך איבער בעטן איינער מיטן צווייטן און אכטונג געבן אויף יענעמס פילינגס וכו'; זאג פאר דיין ווייב אז דו וועסט איר העלפן טרעפן א טערעפיסט וואו זי קען גיין זיך אויס רעדן איר יוגענט, דו דארפסט איר פארשטיין אז זי איר אריבער א שווערע יוגענט; אירע עלטערן האבן איר געפייניגט, און עס איז א נס אז זי איז נאך נארמאל, און זי האט כח צו די קינדער וכו'.


איך בעט דיר, עקשן דיך נישט, האב אויף איר רחמנות, וועסטו האבן א שיינעם לעבן. מען קען נישט באצוואונגען א ווייב זאל טראכטן אזוי ווי דיר, חז"ל זאגן (תוספתא ברכות, פרק ו): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפֵיהֶן שָׁוִין, כַּ אֵין דֵעוֹתֵיהֶן שָׁווֹת"; זיי נישט פאר'עקש'נט, און בייג איין דיין קאפ, נאר דו וועסט האבן ריווח פון דעם, ווייל דו וועסט האבן א פרייליכע ווייב, א געזונטע ווייב.


איך בעט דיר, רעדט צו איר שיין, און זיי ווארעם צו איר; זאג איר: "איך גיי טון אלעס אויף דער וועלט אז דו זאלסט זיין פרייליך". און אז דו וועסט איר מכבד זיין וועסטו האבן גרויס שפע.


בלייב מיר געזונט, איך ווארט אז דו זאלסט מיר שרייבן יעדן טאג אפאר שורות וואס עס טוט זיך, ווייל איך וויל אז דו זאלסט האבן א גוטע לעבן; זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אז דו זאלסט איר איבער בעטן, ווייל איך וויל נאר דיין גוטס.


 א גוטן טאג און א גרינגע תענית.

#1 - הילף מיט א מאן וואס פאלט אין אידישקייט
שלום בית

תוכן השאלה‎

פון מרת לעפקאוויטש.
לכבוד הר"ר יואל ראטה שליט"א
איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים, איך דאנק דעם אייבערשטן אז עס איז דא היינט אין אונזער דור א פלאץ וואו מען קען הערן עצות און חיזוק פאר'ן לעבן.
איך וויל אייך פרעגן וואס איך זאל טון מיט מיין מאן. איך האב חתונה געהאט פאר א פאר יאר צוריק מיט מיין טייערע מאן ני"ו, ער איז געווען זייער ערליך און וואויל ביז יעצט, אבער לעצטנס גייט עפעס פאר מיט אים, ער גייט נישט אין שול דאווענען, ער שפילט זיך א גאנצע צייט מיט זיין טעלעפאון. עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי מיין שטוב גייט צופאלן. ביטע העלפט מיר מיט אן עצה וואס איך זאל טון.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אייערע חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


לכבוד מרת לעפקאוויטש תחי'


איך האב דערהאלטן אייער בריוו.


 איך האב הנאה ווי איר שרייבט מיר אז איר זענט זיך מחי' יעדעס מאל ווען עס איז דא א שיעור פאר די פרויען, און אז דאס געט אייך כח ווייטער אנצוגיין, איך האב הנאה צו הערן אז איר זענט זיך מחי' מיט די שיעורים.


בנוגע אייער מאן וכו' איך זאג אייך אז אלעס וועט אריבער גיין, עס ווענדט זיך אין אייך אליין, אויב איר וועט זיין ווארעם צו אים, אויב איר וועט אים געבן גוטע ווערטער, וועט ער זיך טוישן וכו', וויסן זאלט איר אז זייער אסאך מאל גיין יונגעלייט אריבער שווערע צייטן, עס פאסירט ביי זייער אסאך יונגעלייט, בפרט נאך די חתונה וכו', עס איז אבער נאר א דורכגאנג. אז איר וועט האבן סבלנות, איר וועט קוקן אויף אים מיט א גוט אויג, וועט ער אפלאזן זיינע נארישקייטן וכו' וכו'.


איך בעט אייך אז איר זאלט ווייטער רעדן שיין צו אים, איר דארפט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פאזעטיוו און אים גארנישט זאגן. האלט אייך איין מיט אלע כוחות וועט איר זען ווי ער וועט זיך טוישן. איר דארפט טון וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערענט, גייט צום אייבערשטן, וויינט אייך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אויף אייער מאן און אויף אייערע קינדער, וועט איר זען אז מיט די צייט וועט דער אייבערשטער אים איבערדרייען.


וויינט אייך אויס צום אייבערשטן, דער רבי זאגט (ספר המידות תפילה נא): "תפילה שהיא בדמעות היא מתקבלת" - א תפילה וואס קומט מיט טרערן ווערט אנגענומען. נאך זאגט דער רבי (שם כ): "מי שמעביר על מידותיו תפילתו נשמעת" - ווער עס געבט נאך פאר א צווייטן ווערן אנגענומען זיינע תפילות.


חז"ל דערציילן (תענית כה): עס איז געווען א טריקעניש אין ארץ ישראל, עס האט נישט גערעגענט א גאנץ ווינטער, האט מען געמאכט א יום תפילה, דער הייליגער תנא רבי אליעזר איז צוגעגאנגען צום עמוד, ער האט געבעטן פיר און צוואנציג תפילות אז עס זאל רעגענען און עס האט נאך אלץ נישט גערעגענט, איז דער הייליגער תנא רבי עקיבא צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט "אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכינו רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן. האט דער עולם געזאגט אז רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר, ווייל זיינע תפילות זענען גלייך אנגענומען געווארן, איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט: "נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר זענען זיינע תפילות אנגענומען געווארן, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער גיבט נאך, און ווער עס גיט נאך פאר א צווייטן הערט דער אייבערשטער אויס זיינע תפילות. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון נאכגעבן פאר א צווייטן.


אין דעם זכות וואס איר וועט האבן סבלנות און נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט אויסווארטן, וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר, איך דארף א ישועה, איך וויל אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, קינדער וואס וועלן זיין צדיקים, קינדער וואס וועלן דיר דינען. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין שטארק ביי מיר, איך זאל וויסן אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכע חשבון, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין.


רבונו של עולם, העלף מיין מאן ער זאל זיין ערליך, ער זאל מצליח זיין און האבן א גרינגע פרנסה, העלף מיין מאן זאל אוועק ווארפן זיינע נארישקיייטן וכו' וכו'.


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אננעמען אייערע תפילות.


 


א געזונטע זומער.